אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — ניצבים וילך (2026-08-31)

קונטרס
אמרי מנחם
דברי תורה וסיפורי קודש
מאת כבוד קדושת מרן
רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע
אדמו"ר משינאווא
נצבים-וילך
גליון קנ"ז -שנה ד' -שנת תשפ"ו לפ"ק
· אידיש ·
יו"ל ע"י
כל הזכויות שמורות
אמרי מנחם /נצבים-וילך
ַא ֶּתם נִ ָ ּצ ִבים ַה ּיוֹם ּ ֻכ ְּל ֶכם לִ פְ נֵ י ה' ֱאל ֵֹק ֶיכם
אש ֶיכם ׁ ִש ְב ֵט ֶיכם זִ ְקנֵ ֶיכם וְ ׁש ְֹט ֵר ֶיכם ּכֹל ִא ׁיש יִ ְׂש ָר ֵאל. ָר ׁ ֵ
א) דער 'לפני ה' אלקיכם' גייט בפשטות ארויף אויף ווייטער ,אויפן
ֹ 'ל ָע ְב ְר ָך ִ ּב ְב ִרית ה' ֱאל ֹ ֶק ָ
יך ּו ְב ָא ָלתו' – אז עטץ שטייט דא היינט ְ
פארן אייבערשטן אריבערצוגיין אינעם ברית ה' .לכאורה ,איז דאך
דאס איבריג ,ווייל עס וואלט גארנישט געפעלט ווען עס שטייט:
"אתם נצבים היום כלכם ראשיכם שבטיכם וגו' לעברך בברית"?
ׁ ֹ יך ֵמחֹ ֵטב ֵע ֶצ ָ
יכם וְ ֵג ְר ָך ֲא ׁ ֶשר ְ ּב ֶק ֶרב ַמ ֲחנֶ ָ ׁ
יך ַעד ש ֵאב "ט ּ ְפ ֶכם נְ ֵש ֶ
ב) ַ
יך" .לכאורה ,נאכדעם וואס דער פסוק האט שוין געזאגט 'כל ימ ָ ֵמ ֶ
איש ישראל' זענען דאך שוין אלע נכלל דערין ,נו ,פארוואס רעכנט
ער נאכדעם אויס יעדן איינעם בפרטיות?
ג) רש"י זאגט" :למה נסמכה פרשת אתם נצבים לקללות לפי ששמעו
ישראל מאה קללות חסר שתים חוץ ממ"ט שבת"כ הוריקו פניהם
ואמרו מי יוכל לעמוד באלו ,התחיל משה לפייסם אתם נצבים היום
הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כלייה והרי אתם קיימים
לפניו" – אידן האבן זיך דערשראקן פון דער 'תוכחה' ,האט זיי משה
בארואיגט און געזאגט ,עטץ זעט דאך אז כאטש איר האט אזויפיל
דערצערנט דעם אייבערשטן ,דאך האט דער אייבערשטער נישט
געמאכט קיין כליה מיט אייך .לכאורה ,היתכן אז ער האט זיי
בארואיגט מיט דעם אז זיי דארפן נישט מורא האבן פון די עונשים,
די גמרא זאגט דאך (ב"ק נ" :).כל האומר הקדוש ברוך הוא ותרן הוא
יותרו וכו'" – דער אייבערשטער איז דאך גארנישט מוותר פונעם
שכר ועונש?
ד) אויך איז שווער דער לשון רש"י" :והרי אתם קיימים לפניו" ,וואס
מיינט ער מיט דעם 'לפניו'?
ׁ ב
ה) די פריערדיגע פרשה ענדיגט זיךּ " :ו ְש ַמ ְר ּ ֶתם ֶאת ִ ּד ְב ֵרי ַה ְ ּב ִרית
ׂ ׁ ׂ ֹ ׂ ֹ
יתם א ָתם ְל ַמ ַען ּ ַת ְש ִּכיל ּו ֵאת ָּכל ֲא ֶשר ּ ַת ֲעש ּון" .דער
ַה ּזאת וַ ֲע ִש ֶ
תרגום טייטשט 'תשכילו' ,עטץ זאלט מצליח זיין .אבער לכאורה
בפשטות איז דאך 'תשכילו' א לשון פון 'שכל' ,אז דורכן היטן די תורה
אמרי מנחם /נצבים-וילך
וועט איר פארשטיין אלץ וואס איר טוט .דארף מען פארשטיין פשט
דערין?
ו) דער מדרש זאגט (ילקו"ש פרשתן רמז תתק"מ)" :אמר להם משה מבקשים
אתם לעמוד בעולם ,עסקו בתורה .מה כתיב למעלה ,ושמרתם את
דברי הברית ,ואחר כך אתם נצבים" – אויבן ענדיגט זיך די פרשה
מיטן פסוק 'ושמרתם את דברי הברית הזאת' ,וואס דאס איז די תורה,
און דא שטייט 'אתם נצבים' ,אז דורך די תורה וועט מען האבן א
קיום .לכאורה ,דער ענין אז דער גאנצער 'קיום' פון כלל ישראל איז
דורך די תורה – דארף מען נישט ארויסלערנען פון א דרש און א
היקש ,ווייל די גאנצע תורה איז דאך פול דערמיט ,עס שטייט דאך
ארויס בפירוש אין אזויפיל פסוקים .וואס איז דא די כוונה פונעם
מדרש?
ז) דער מדרש זאגט (שמו"ר טו ,ו)" :איומה כנדגלות ,שדימה הקב"ה את
ישראל למלאכים ,במלאכים נאמר (ישעיה ו) שרפים עומדים ממעל
לו ,ובישראל נאמר (דברים כט) אתם נצבים היום" – דער אייבערשטער
האט צוגעגליכן די אידן צו די מלאכים ,ביי די מלאכים שטייט
'עומדים' און ביי אידן שטייט 'אתם נצבים היום' .לכאורה ,וואס איז
דא די כוונה פונעם 'עומדים' און 'נצבים' – וואס דאס האט עפעס אזא
ספעציעלע מעלה? וואס ליגט דערין?
ח) דערנאך פירט אויס דער מדרש" :המלאכים אומרים בכל יום קדוש
קדוש קדוש ,וישראל אומרים אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי
יעקב" – די מלאכים זאגן דריי מאל 'קדוש' און אידן זאגן דריי מאל
'אלקי אברהם יצחק ויעקב' .לכאורה איז דאך די סיפא א סתירה מיט
די רישא ,ער הייבט ָאן אז דער אייבערשטער האט זיי צוגעגליכן צו
די מלאכים ,און דערנאך זאגט ער אז די אידן זענען אנדערש פון די
מלאכים ,ווייל אידן זאגן נישט דעם זעלבן שבח ווי די מלאכים?
ג
ט) מיר געפונען אז דער אייבערשטער ווערט אנגערופן 'אלקי
אברהם'' ,אלקי יצחק' ,אלקי יעקב' ,און בכלליות ביי אידן ווערט
ער אנגערופן 'אלקי ישראל' .פארוואס געפונט מען נישט אז דער
אייבערשטער זאל ווערן אנגערופן אויפן נאמען פון די מלאכים
'אלקי מיכאל' און 'אלקי גבריאל'?
אמרי מנחם /נצבים-וילך
'צדיק גוזר' און 'צדיק מבטל' איז נישט קיין סתירה מיט 'שכר ועונש'
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .עס איז באקאנט די בחינה וואס אלע
חסיד'ישע ספרים ברענגען כסדר און רעדן דערפון ָאן א שיעור,
אז א צדיק האט א כח מבטל צו זיין די 'דינים' און 'גזירות' וואס איז
נגזר געווארן למעלה; ווי די גמרא זאגט (מו"ק טז" :):מי מושל בי צדיק,
שאני גוזר גזרה ומבטלה" – דער צדיק האט א כח מבטל צו זיין א
גזירה וואס דער אייבערשטער האט גוזר געווען .אזוי אויך פארקערט,
דער צדיק קען גוזר זיין א גזירה ,און דער אייבערשטער איז עס
מקיים; ווי די גמרא זאגט (תענית כג" :).ותגזר אומר ויקם לך וכו' ותגזר
אומר אתה גזרת מלמטה והקדוש ברוך הוא מקיים מאמרך מלמעלה"
– דער צדיק איז גוזר דא אונטן ,און דער אייבערשטער איז מקיים די
גזירה פון אויבן .קומט אויס ,אז אפילו אויב עס קומט זיך חלילה אן
עונש פאר א איד ,קען אבער דער צדיק דאס מבטל זיין און ממתיק
זיין ,און דאס איז נישט קיין סתירה צום 'שכר ועונש' ,ווייל אודאי איז
דער אייבערשטער דן יעדן איינעם לפי מעשיו און ער איז גוזר א
גזירה לויט ווי עס קומט אים ,אבער דערנאך וואס די גזירה איז שוין
נגזר – קען דער צדיק קומען און מבטל זיין די גזירה .און דאס גופא
איז רצון ה' ,ווי דער נועם אלימלך זאגט (פרשת קדושים ד"ה א"י קדושיםא,
ובפרשת ויחי ד"ה ויחיב) אז דער אייבערשטער וויל אז דער צדיק זאל
וזל"ק" :איתא בגמרא כל דיין שדן דין אמת לאמתו נעשה שותף להקדוש ברוך א
הוא ולכאורה מלת לאמתו הוא מיותר אך נראה דרז"ל רמזו לנו בזה על הצדיק
שהוא מבטל הדינים והוא הנקרא דיין שכאשר ידין ויגזור כן יקום שהקדוש ברוך
הוא גוזר וצדיק מבטל והוא אף על פי שקושטא הוא שחלילה שקודשא בריך
הוא יעביד דינא בלא דינא וגזירתו הוא באמת שהדין הוא שיהיה כך כי הוא
היודע האמת אך הצדיק למראה עיניו תשפוט ואמירתו ונראה לו שכך הוא הדין
האמת והקדוש ברוך הוא ברחמיו וחסדיו מסכים עם הצדיק וזהו לאמיתו
דייקא היינו אמיתתו של הצדיק נוטה כך".
וזל"ק" :איתא בגמרא אמרו עליו על רבי חנינא בן דוסא כשהיה מתפלל על ב ד
החולה היה אומר זה חי כו' אמרו לו מנין אתה יודע .אמר אם תפלתי שגורה
בפי היא מקובלת .לכאורה מלת שגורה בפי אינו מובן היה לו לומר אם תפלתי
יוצא מפי בלי גמגום בידוע שהיא מקובלת .אך הענין הוא דהנה לכאורה יש
להבין הסיבה הזאת שהצדיק מתפלל על החולה והוא מתרפא ונראה הדבר כמו
השתנות חלילה אצל הבורא האחד הפשוט האמיתי וחלילה לחשוב ולומר כך.
אך הענין דהנה כל העולמות וכל הנבראים היו מתחילה קודם בריאת העולם
בכח אין סוף ברוך הוא .ואחר כך כשעלה ברצונו הפשוט לבוראם הוציאם מכח
אמרי מנחם /נצבים-וילך
ממתיק זיין די דינים ,און דערפאר האט דער אייבערשטער
איבערגעגעבן פארן צדיק אזא כח פון מבטל זיין גזירות.
פארוואס איז נישטא דער כח פון 'צדיק גוזר' ביי די מלאכים?
דעם כח פון 'צדיק גוזר' טרעפט מען נישט אין ערגעץ ביי מלאכים.
ווייל אפילו די מלאכי רחמים וועלכע זענען געשטעלט ממליץ
טוב צו זיין אויף אידן און מעלה זיין זייערע זכותים פארן כסא הכבוד
– קענען נישט 'מבטל' זיין א גזירה וואס איז נגזר געווארן למעלה ,און
אויך קענען זיי נישט גוזר זיין עפעס פון זיך אליינס .לכאורה ,וואס
איז טאקע די סיבה דערצו ,אז בלויז א צדיק האט דעם כח און נישט
א מלאך?
'צדיק מבטל' ווייל ער איז מבטל דעם גזירה פון 'הכל רצין אחריה'
מען זאגט נאך אז דער הייליגער רוזשינער זי"ע האט מסביר געווען
דעם ענין פון וואנעט עס נעמט זיך דער כח פון 'צדיק גוזר
והקב"ה מבטל' .ווייל די גמרא זאגט (שבת קנב" :).אשה חמת מלא צואה
ופיה מלא דם והכל רצין אחריה" .זאגט רש"י" :על פי גזרת המלך" – די
גאנצע תאוה האט נישט קיין שום שכל פארוואס דאס איז בכלל
מושך ,און דאך זעט מען אז 'הכל רצין אחריה' ,פארוואס? ווייל דאס
איז א 'גזירת המלך' אז עס זאל זיין אזא תאוה .ממילא זאגט דער
רוזשינער :דער צדיק וואס ארבעט זיך אויס און ער האט שוין נישט
קיין שום תאוה און משיכה דערצו ,ער ווערט אין א בחינה פון 'לבי
חלל בקרבי' – קומט דאך אויס ,אז מיט דעם האט ער צובראכן דעם
'גזירת המלך' ,און דערפאר' ,מדה כנגד מדה' גיבט אים דער
אייבערשטער א כח אז ער זאל קענען מבטל זיין די אלע אנדערע
גזירות און דינים וואס דער אייבערשטער איז גוזר.
ה
אל הפועל .וכל מה שיהיה הוא שהיה בכח האין סוף ברוך הוא וברוך שמו .ונמצא
אין כאן שום השתנות כי כל זאת היה בכח האין סוף שזה יהיה חולה והצדיק
יתפלל עליו ויעתר בתפילתו והוא שהקדוש ברוך הוא מתאוה לתפילתן של
צדיקים שעל ידי התפילה הצדיק מתדבק בהבורא יתעלה וזה תענוגו של מקום
שהצדיק עולה ומתדבק בו'".
אמרי מנחם /נצבים-וילך
דער מלאך האט קיינמאל נישט צובראכן דעם 'גזירת המלך'
מיט דעם פארשטייט מען ,אז דער כח פון 'צדיק גוזר' איז שייך בלויז
ביי א מענטש ,וועלכער איז באשאפן געווארן מיט א יצר הרע
און א תאוה ,ער איז געווען אונטער דעם גרויסן 'גזירת המלך' ,און
ער האט געארבעט און זיך מזכך געווען ,ביז ער האט צובראכן אט
דעם גזירה – באקומט ער דעם כח פון 'צדיק מבטל' ,אבער דער
מלאך איז דאך קיינמאל נישט געווען נכלל אין דעם 'גזירת המלך',
ער איז דאך 'קדוש מתחלת יצירתו' ,ער האט קיינמאל נישט געהאט
די תאוה בכלל און ער האט קיינמאל נישט צובראכן קיין 'גזירת
המלך' ,נו אויב אזוי ,פארוואס זאל ער קענען מבטל זיין די אנדערע
גזירות וואס דער אייבערשטער איז גוזר? דעריבער איז טאקע נישטא
ביי אים אט דער כח.
די אבות הקדושים האבן קאנטראלירט דעם 'מדת הדין'
ֹ ׁ ֹ
"ה ֱאל ִקים ֲא ֶשר ִה ְת ַה ְ ּלכ ּו ֲאב ַתי
אין פרשת ויחי שטייט (בראשית מח ,טו)ָ :
(פר' ויחי ד"ה ְל ָפנָ יו ַא ְב ָר ָהם וְ יִ ְצ ָחק" .טייטשט דער זרע קודש
האלקיםג) ,אז דאס איז מרמז אויפן כח פון 'צדיק גוזר והקב"ה מקיים',
אז דער צדיק גייט פאראויס פארן 'מדת הדין' און פירט אים וואו צו
ֹ
"ה ֱאל ִקים" – דער 'מדת הדין',
גיין .און דאס איז דער פשט אין פסוקָ :
וואס דאס זענען די 'גזירות' וואס דער אייבערשטער האט גוזר
ֹ ׁ
"א ֶשר ִה ְת ַה ְ ּלכ ּו ֲאב ַתי ְל ָפנָ יו" – וואס די אבות זענען געגאנגעןגעוועןֲ ,
פארנט פון די 'גזירות' ,דאס הייסט ,די אבות האבן זיי געהייסן וואו צו
גיין און וואו נישט צו גיין ,און דער 'מדת הדין' האט זיי געפאלגט און
נאכגעגאנגען.
ו
וזל"ק" :האלקים אשר התהלכו אבותי לפניו אברהם ויצחק האלקים הרועה ג
אותי מעודי עד היום הזה .והנה התרגום על האלהים הראשון הוא אלהא ,ועל
אלהים השני ,פירש ה' .כי (ש"ב כג ,ג) צדיק מושל יראת אלהים( ,איוב כב ,כח)
ותגזר אומר ויקם לך ,שהדינין ,הצדיקים מוליכין אותם למקום שהם רוצים ,וזהו
שנאמר האלהים אשר התהלכו אבותי לפניו ,כביכול הוא הלך בדרך שהם היו
רוצים ,וזהו שפירש אלהא על מדת הדין ,ואחר כך על מדת הרחמים פירש ה'
דזן כו'".
אמרי מנחם /נצבים-וילך
'אלקי האבות' – זיי זענען געווען בעה"ב אויפן 'אלקים' – מדת הדין ,פארקערט ווי ביי די
מלאכים
לויט דעם זרע קודש קען מען אפשר זאגן א פשט אינעם 'אלקי
אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב' ,אז דאס מיינט צו זאגן ,אז
דער 'אלקי' – דער מדת הדין – איז נכנע און איבערגעגעבן אונטער די
אבות הקדושים .ווייל זיי זענען בעל הבית צו פירן די דינים וואו זיי
ווילן .און דערפאר איז נישטא ביי די מלאכים אזא בחינה ווי 'אלקי
מיכאל' און 'אלקי גבריאל' ,ווייל ביי זיי איז דאך נישטא דער כח פון
'צדיק גוזר' און 'צדיק מבטל' ,ממילא ,איז נישט שייך צו זאגן אז דער
'אלקי' איז איבערגעגעבן אין זייערע הענט.
'שרפים עומדים' און 'נצבים היום' – דער היפוך פון 'רצין אחריה'
מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש" :איומה כנדגלות שדימה
הקב"ה את ישראל למלאכים ,במלאכים נאמר (ישעיה ו) שרפים
עומדים ממעל לו ,ובישראל נאמר (דברים כט) אתם נצבים היום" – דער
ענין פון 'עומדים' און 'נצבים' ווייזט ,אז מען שטייט אויף איין פלאץ
– דער היפוך פונעם 'הכל רצין אחריה' -וואס דאס ווייזט אויף 'ביטול
התאוה' .און דאס זאגט דא דער מדרש ,אז סיי די מלאכים האבן די
בחינה פון 'עומדים' ,ווייל זיי זענען דאך נישט באשאפן געווארן מיט
קיין יצר הרע ,און סיי די אידן האבן די בחינה פון 'אתם נצבים' ,ווייל
זיי האבן זיך אויסגעארבעט ביז זיי האבן צובראכן דעם 'גזירת המלך'
פון 'הכל רצין אחריה'.
לפנים ממלאכי השרת :די מלאכים האבן נישט צובראכן דעם 'הכל רצין' אבער אידן האבן דאס
יא צובראכן
ֹ
יכם" ,וואס לויטן זרע אבער דער פסוק פירט אויסִ :
"ל ְפנֵ י ה' ֱאל ֵק ֶ
קודש קען זיין פשט ,אז דא איז מרומז דער זעלבער ענין ווי
'האלקים אשר התהלכו אבותי לפניו' ,אז אידישע קינדער גייען
פאראויס פונעם 'מדת הדין' ,זיי ווייזן אים וואו צו גיין און ער גייט זיי
ז נאך .דאס הייסט ,אז דא ליגט דער 'כח' פון 'הקב"ה גוזר וצדיק מבטל',
וואס דאס האבן נאר די אידישע קינדער וועלכע זענען באשאפן
געווארן מיטן יצר הרע ,און זיי האבן מבטל געווען דעם 'גזירת
המלך' .און דערפאר פירט אויס דער מדרש ,אז כאטש טאקע וואס
זיי ביידע זענען 'עומדים' ,ביידע זענען נישט אינעם כלל פון 'הכל
רצין אחריה' – איז אבער דא א גרויסער חילוק צווישן זיי" :המלאכים
אמרי מנחם /נצבים-וילך
אומרים בכל יום קדוש קדוש קדוש" -די מלאכים האבן נישט צובראכן
דעם גזירת המלך פון 'הכל רצין' ,און דערפאר קענען זיי בלויז זאגן
'קדוש' ,אז דער אייבערשטער איז הייליג ,דאס הייסט ,זיי קענען
נישט מער ווי מסכים זיין צו אלעס וואס דער אייבערשטער איז גוזר,
און נישט מער פון דעם" .וישראל אומרים אלקי אברהם אלקי יצחק
ואלקי יעקב" -אבער אידן ,וואס זיי זענען געווען אינעם גזירה פון
'הכל רצין' ,און זיי זענען ארויסגעגאנגען דערפון און געווארן 'נצבים',
זיי האבן אסאך א גרעסערן כח אז זיי קענען זאגן 'אלקי אברהם אלקי
יצחק ואלקי יעקב' ,וואס דאס ווייזט אויפן כח פון 'צדיק מבטל' ,אז
דער 'מדת הדין' איז איבערגעגעבן געווארן אין זייערע הענט.
*
אידישע קינדער זענען 'מרחיב' די מלוכה און קדושה פונעם אייבערשטן
מען קען אפשר זאגן נאך א בחינה אין דעם מדרש .עס איז באקאנט
דער טייטש וואס אלע ספריםד זאגן אויפן מדרש (ויק"ר כד ,ט) "קדושתי
למעלה מקדושתכם" – מיין קדושה למעלה ווערט כביכול ניתוסף,
דורכדעם וואס עטץ זענט זיך מקדש מיטן 'קדושים תהיו'; ווי רש"י
זאגט דארט" :הוו פרושים מן העריות ומן העבירה" אין דער בחינה
וואס שטייט (זוה"ק ח"ג ז" :):ישראל מפרנסין לאביהם שבשמים".
און דער פשט איז ,אז דורכדעם וואס אידן צוברעכן דעם תאוה
גשמיות ,דעם יצר הרע פון 'הכל רצין' -דורכדעם ווערט די קדושה
פונעם אייבערשטן פארגרעסערט! מען האט אריינגעברענגט
דעם אייבערשטנ'ס שליטה – אין א פלאץ וואו עס איז געווען א
'התנגדות' ,און מיט דעם איז געווארן אויסגעברייטערט דעם 'מלכות
שמים'! בפרט ,דורכדעם וואס מען ברענגט אריין דעם גשמיות
אין דער קדושה אריין ,אז אפילו די עניני גשמיות וואס מען טוט –
טוט מען בקדושה און לשם שמים – ווערט דורכדעם נתפשט דעם
אייבערשטנ'ס קדושה און מלוכה. ח
עי' בספר ישמח משה (בראשית ד"ה והארץ היתה תהו) וזל"ק" :כמו שמפרשין ד
העולם בהמדרש (ויק"ר פכ"ד ט') קדושתי למעלה מקדושתכם ,דר"ל דקדושתי
למעלה בהמרכבה הקדושה היא מקדושתכם ,כי בעת שישראל עושים רצונו
של מקום ומתקדשים ומתטהרים ,מגבירין כח פמליא של מעלה כביכול ומרבים
הקדושה ,וכשאין עושים רצונו של מקום כביכול מתישין כח ח"ו ,עד כאן".
אמרי מנחם /נצבים-וילך
זיי רופן אויס 'אלקי הגשמיות' – דארט וואו ער האט פריער נישט געהייסן 'אלקי'
רש"י זאגט אין פרשת חיי שרה (בראשית כד ,ז)" :אמר לו עכשיו הוא
אלקי השמים ואלקי הארץ שהרגלתיו בפי הבריות ,אבל
כשלקחני מבית אבי היה אלקי השמים ולא אלקי הארץ ,שלא היו באי
עולם מכירים בו ,ושמו לא היה רגיל בארץ" – איידער אברהם אבינו
האט מפרסם געווען דעם אייבערשטנ'ס נאמען אויף דער וועלט,
האט ער נישט געהייסן 'אלקי הארץ' .קומט אויס ,אז דער נאמען
'אלקי' איז נאר אויב מען ברענגט דארט אריין דעם אייבערשטנ'ס
נאמען ,מען איז מפרסם דעם מלכות שמים ,אבער אויב ווייסט מען
נישט פונעם אייבערשטן – קען מען דאס נישט אנרופן 'אלקי'.
'אלקי האבות' – זיי האבן א חלק אינעם 'אלקות' פונעם אייבערשטן אין דער וועלט
מיט דעם פארשטייט מען פארוואס דער אייבערשטער ווערט
אנגערופן 'אלקי אברהם אלקי יצחק אלקי יעקב' ,ווייל זיי –
מיט זייער עבודה פון 'שבירת היצר' – האבן זיי געגעבן צו שטייער
פאר די מלוכה פונעם אייבערשטן! זיי האבן א חלק אינעם 'אלקי
הארציות' ,ווייל זיי האבן מכניס געווען דעם גשמיות צו דער קדושה
און דארט מפרסם געווען דעם אייבערשטן ,אז דאס איז אויך א שטיק
קדושה ,און דאס טוט מען אויך 'לשם שמים'.
לפני ה' אלקיכם – עטץ האט ממשיך געווען דעם אייבערשטן אין ענינים גשמיים
דאס זאגט דער מדרש ,אז כאטש ביידע – סיי די מלאכים און סיי די
אידן – ווערן אנגערופן 'עומדים' ,זיי זענען נישט 'רצין אחריה',
איז דאס אבער נישט די זעלבע זאך ,ווייל די מלאכים זאגן בלויז
'קדוש קדוש קדוש' ,זיי אליינס האבן גארנישט קיין חלק אין דעם
'קדושתי למעלה'! זיי האבן נישט פארברייטערט און פארגרעסערט
דעם אייבערשטנ'ס קדושה און מלכות ,ווייל זיי האבן קיינמאל נישט
צובראכן די 'טבע הגשמי' פארן אייבערשטן ,און זיי קענען בלויז
ט רעדן פון דעם אייבערשטנ'ס קדושה .אבער די אידן זאגן 'אלקי
אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב' ,וואס דאס ווייזט אז זיי אליינס
האבן געבויעט דעם 'קדוש קדוש קדוש'! מיט זייער שבירת היצר
האבן זיי מוסיף געווען די קדושה למעלה און מפרסם געווען דעם
'אלקי הארץ' אין אלע דברים גשמיים.
אמרי מנחם /נצבים-וילך
און דערפאר פירט דער פסוק אויס" :לפני ה' אלקיכם" ,אז דער
'נצבים היום' – וואס דאס ווייזט אויפן 'ביטול התאוה' – איז
גורם ,אז אידישע קינדער גייען פאראויס 'לפני ה' אלקיכם' ,זיי
ברענגען אריין דעם אייבערשטן אין פלעצער וואו דער אייבערשטער
איז פריער נישט געווארן דארט אנגערופן 'אלקי' .און מיט דעם זענען
זיי גרעסער פון די מלאכים ,וועלכע האבן נישט צובראכן קיין יצר
הרע ,און אודאי נישט מכניס געווען קיין שום גשמיות אין דער
קדושה אריין.
*
דורך 'שבירת החומר' ווערט געשאפן תורה
דער זרע קודש (ליקוטים לפרשת לך לך ד"ה מהה) פרעגט :פארוואס שטייט
אין דער תורה באריכות בלויז די 'מעשה האבות' ,אלעס וואס זיי
האבן געלעבט און געטון ,פארוואס שטייט גארנישט דערמאנט אין
די תורה וואס מיכאל און אנדערע מלאכים האבן געטון? ענטפערט
דער זרע קודש א מורא'דיג ווארט :די אבות האבן ממשיך געווען די
תורה דורך 'שבירת טבעם הגשמיות' ,און בלויז פון 'שבירת היצר'
ווערט געבויעט א תורה .למשל ,דורכדעם וואס אברהם אבינו
האט צובראכן זיין גשמיות'דיגע טבע און גענומען 'בנו יחידו' און
ארויפגעלייגט אויפן מזבח אים צו שחט'ן – פון דעם איז געווארן א
תורה! און אזוי ווייטער מיט יעדע זאך וואס די אבות האבן געטון ,זיי
זענען געגאנגען און געקומען – וואס דאס איז אלעס געווארן פסוקים
אין חומש – ווייל אלעס וואס זיי האבן געטון האבן זיי געטון ריין
לשם שמים ,און זיי האבן צובראכן דעם יצר הרע יעדע מינוט און
יעדע רגע ,און דערפאר איז געווארן א תורה פון יעדעס ריר וואס
זיי האבן זיך געגעבן .אבער די מלאכים האבן דאך נישט קיין יצר
הרע און קיין 'טבע גשמי' ,ממילא ווערט נישט קיין תורה פון זייערע
מעשים! ווייל אויב איז עס נישט צוגעגאנגען דורך 'שבירת החומר' – י
איז עס נישט קיין תורה!
וזל"ק" :מה שנכתב בתורה מעשי האבות ולא נכתב מה עשה מיכאל המלאך ה
ושאר המלאכים ,רק שהאבות המשיכו התורה על ידי שבירת טבעם הגשמיות
שעשו כל דבר היפוך טבעם הגשמית ,ונעשה מזה תורה ,למשל אברהם שבר
טבע הגשמי שלו והעלה בנו יחידו ונעשה מזה תורה".
אמרי מנחם /נצבים-וילך
יעדער איד שאפט א תורה מיט זיין 'שבירת היצר'
עס שטייט פון רבי דוד'ל לעלובער זצ"לו ,אז פונקט ווי עס איז
געווארן א ספר תורה פון אלע מ"ב מסעות פון אידישע קינדער ,אזוי
אויך ,יעדע זאך וואס א איד גייט דורך אין לעבן – ווערט אפגעשריבן
דורך אליהו הנביא אין א ספר ,און לעתיד לבוא וועט יעדער איד
לערנען אין זיין ספר תורה ,אלעס וואס איז אריבערגעגאנגען אויף
אים ,ווייל דאס אלעס וועט ווערן א שטיק תורה .און לויט דעם זרע
קודש פארשטייט מען ,אז דער פשט איז ,ווייל יעדע זאך וואס א
איד גייט דורך אין לעבן ,האט ער דארט נסיונות און 'שבירת היצר',
ממילא ,ווערט דערפון א תורה.
תשכילו את כל אשר תעשון – עטץ וועט מאכן 'שכל התורה' פון אלע ענקערע מעשים
דער ענין פון 'תורה' איז דער 'שכל' און 'דעת' פונעם כביכול; ווי עס
שטייט אין תניא (פרק הז) ,און אין אלע ספרים .מיט דעם קען
ׂ ֹ ׁ
מען פארשטיין דעם פסוקּ " :ו ְש ַמ ְר ּ ֶתם ֶאת ִ ּד ְב ֵרי ַה ְ ּב ִרית ַה ּזאת וַ ֲע ִש ֶ
יתם
ֹ
א ָתם" – עטץ זאלט היטן און מקיים זיין די תורה ,וואס דאס פאדערט
דאך אסאך כוחות פון 'שבירת הטבע' .און דורכדעם וואס עטץ וועט
לעבן ווי א איד ,אז יעדע זאך וועט זיין אויסגעהאלטן על פי תורה –
ׂ
"ל ַמ ַען ּ ַת ְש ִּכיל ּו
כאטש וואס דער יצר הרע רעדט צו דאס פארקערטעְ ,
ׂ ׁ
ֵאת ָּכל ֲא ֶשר ּ ַת ֲעש ּון" – דורכדעם וועט עטץ נעמען 'את כל אשר
תעשון' און מאכן דערפון 'שכל התורה'! אלעס וואס עטץ וועט טון
הובא בסוף ספר בית יעקב (תלמיד הרה"ק מווארקא זצ"ל) וז"ל" :אמר [הרה"ק ו
מווארקא] בשם מורו הרב הקדוש ר"ד מלעלוב זצ"ל ,משה רבינו היה כותב
כל המסעות של ישראל ונעשה מהן תורה ,כן עתה אליהו כותב כל המסעות
והרפתקאות של כל אחד מישראל ,וכשיבא משיח ב"ב יהיה מזה ספר שילמד
ממנו".
אי
וזל"ק" :והנה הלכה זו היא חכמתו ורצונו של הקב"ה שעלה ברצונו שכשיטעון ז
ראובן כך וכך דרך משל ושמעון כך וכך יהיה הפסק ביניהם כך וכך ואף אם לא
היה ולא יהיה הדבר הזה לעולם לבא למשפט על טענות ותביעות אלו מכל
מקום מאחר שכך עלה ברצונו וחכמתו של הקב"ה שאם יטעון זה כך וזה
כך יהיה הפסק כך ,הרי כשאדם יודע ומשיג בשכלו פסק זה כהלכה הערוכה
במשנה או גמרא או פוסקים הרי זה משיג ותופס ומקיף בשכלו רצונו וחכמתו
של הקב"ה".
אמרי מנחם /נצבים-וילך
אין אייער לעבן – וועט ווערן 'תשכילו' ,עס וועט זיין א שטיק תורה.
וויל יעדע זאך וואס גייט צו מיט 'שבירת היצר' ,ווערט א שטיק תורה.
לפני ה' אלקיכם – עטץ וועט האבן א כח פון 'צדיק מבטל'
און אויף דעם איז ער מסמיך דעם קומענדיגן פרשה ,אז נישט בלויז
ֹ
צ ִבים ַה ּיום
"א ּ ֶתם נִ ָ ּ
עטץ מאכט תורה פון יעדע זאך ,נאר נאכמערַ :
ֻּכ ְ ּל ֶכם" – דורכדעם וואס עטץ אלע זענען א בחינה פון 'נצבים' ,וואס
עטץ צוברעכט דעם גזירת המלך פון 'הכל רצין אחריה' ,דורכדעם
ֹ
יכם" – האט עטץ דעם כח פון 'צדיק מבטל' ,מבטל צו
"ל ְפנֵ י ה' ֱאל ֵק ֶ
ִ
זיין אלע גזירות רעות ,ווייל עטץ זענט בעל הבית אויפן מדת הדין.
אפילו דער פשוט'ער איד האט עפעס א בחינה פון 'שבירת החומר'
וועט א מענטש מיינען ,אז דאס איז נאר שייך ביי גרויסע צדיקים
וועלכע האבן אינגאנצן מבטל געווען די תאוה מכל וכל אין
דער בחינה פון 'ולבי חלל בקרבי' ,נאר זיי זענען א בחינה פון 'נצבים'
און א בחינה פון 'לפני ה' אלקיכם' ,אבער פשוט'ע אידן וועלכע האבן
נאך יא די 'משיכה' און תאוה ,זיי האבן נאך נסיונות ,און זענען לוחם
מיטן יצר הרע – האבן נישט די דאזיגע בחינות ,אויף דעם זאגט די
יך ֵמחֹ ֵטב ֵע ֶצ ָ
יך ַעד יכם וְ ֵג ְר ָך ֲא ׁ ֶשר ְ ּב ֶק ֶרב ַמ ֲחנֶ ָ ׁ
"ט ּ ְפ ֶכם נְ ֵש ֶ
תורה ,נייןַ :
ימ ָ ׁ ֹ
יך" – דו זאלסט וויסן אז יעדער איד לפי בחינתו – ווילאנג ש ֵאב ֵמ ֶ
יך' -ער האקט 'מחֹ ֵטב ֵע ֶצ ָער שלאגט זיך מיטן יצר הרע ,ער איז ֵ
האלץ אין עבודת ה' און ער פרובירט ווי ווייט מעגליך זיך
צוריקצוהאלטן און נישט עובר זיין חלילה אויף קיין עבירה – איז ער
אויך אין דעם כלל פון 'נצבים' ,ווייל אינעם 'בפועל' איז ער דאך
כסדר עוסק צו צוברעכן דעם 'הכל רצין אחריה' און בלייבן 'נצבים'
אויף זיין פלאץ .און דורכדעם האט ער אויך א געוויסע בחינה פון
'צדיק מבטל' ,וואס ער קען זיך אוועקשטעלן מתפלל זיין צום
אייבערשטן ,און דער אייבערשטער דער 'שומע תפלת כל פה' איז
מבטל די גזירות רעות – מכח זיין תפלה ,וואס האט אין זיך עפעס א בי
בחינה פון 'צדיק מבטל' .און דערפאר ווערט דער אייבערשטער
אנגערופן 'אלקי ישראל' ,ווייל אויך בכלליות ביים גאנצן כלל ישראל,
איז דא דער בחינה פון 'אלקי' ,אז זיי זענען שולט אויפן 'מדת הדין',
וויבאלד זיי האבן א שייכות מיטן ענין פון 'מבטלין גזירת המלך'.
אמרי מנחם /נצבים-וילך
משה האט זיי בארואיגט מיטן כח פון 'צדיק מבטל'
מיט דעם פארשטייט מען די ווערטער פון רש"י" :לפי ששמעו ישראל
מאה קללות וכו' ואמרו מי יוכל לעמוד באלו" – אידן זענען
געווארן דערציטערט פונעם חומר העונשים וואס עס טוט זיך דא.
"התחיל משה לפייסם אתם נצבים היום" – האט זיי משה רבינו
בארואיגט מיט דעם ענין פון 'צדיק מבטל' ,וואס מיט דעם קען מען
ניצול ווערן פון די אלע עונשים ,אפילו אויב עס איז דא חלילה די
קללות ,אבער דער צדיק קען דאס מבטל זיין .און דאס הייסט נישט
'וויתור' ,ווייל דעם כח האט דער אייבערשטער געגעבן פארן צדיק
מכח 'מדה כנגד מדה' ,וואס דאס איז דאך אויך א הנהגה פון ישרות.
(עס קען אפשר אויך זיין ,אז דער פחד וואס אידן האבן מורא געהאט פון די קללות ,אז עס
איז געווארן 'הוריקו פניהם' – זיי זענען געווארן ווייס ווי דער וואנט ,עס האט זיי
אנגעכאפט א פחד פון יראת העונש ,דאס אליינס גייט שוין אויך אריין אינעם ענין פון
'כפרת עונות' ,און דאס איז שוין גענוג יוצא צו זיין דעם ענין פון 'שכר ועונש').
אתם קיימים לפניו – יעדער איד האט עפעס א בחינה פון 'צדיק גוזר'
דאס האט ער זיי געזאגט :עטץ זענט דאך אלע אין א בחינה פון
'נצבים' ,עטץ זענט אלע עוסק לוחם צו זיין מיטן 'רצין אחריה'
און בלייבן שטיין אויפן פלאץ ,נו אויב אזוי ,האט עטץ דאך דעם כח
פון 'צדיק גוזר'" ,הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כלייה והרי
אתם קיימים לפניו" – עטץ זענט 'לפניו' ,עטץ גייט פאראויס פונעם
מדת הדין ,עטץ זענט שולט אויפן 'מדת הדין' און עטץ האט א כח
מבטל צו זיין די גזירות און עונשים! און ממילא דארפט עטץ נישט
קיין מורא האבן.
עסקו בתורה – עטץ זאלט שאפן נייע תורה דורך ענקער 'עסק גשמי'
מיט דעם קען מען אפשר פארשטיין דעם מדרש" :אמר להם משה
מבקשים אתם לעמוד בעולם" – משה רבינו האט זיי בארואיגט,
גי עטץ ווילט האבן א תקומה אויף דער וועלט און ניצול ווערן פון די
עונשים? "עסקו בתורה" – עס שטייט נישט 'למדו תורה' ,נאר 'עסקו',
אייער גאנצער 'עסק' פון יעדע ריר אין לעבן ,זאל אלעס ווערן דערפון
תורה! עטץ זאלט כסדר צוברעכן דעם יצר הרע און טבע הגשמי,
וואס דורכדעם וועט איר כסדר מוסיף זיין נאך תורה און נאך אלקות.
און אויף דעם פירט ער אויס" :מה כתיב למעלה ושמרתם את דברי
אמרי מנחם /נצבים-וילך
הברית ואחר כך אתם נצבים" – אויבן ענדיגט זיך די פרשה מיט דעם
ענין ,אז עטץ זאלט אפהיטן די תורה ,וואס דורכדעם וועט זיין 'למען
תשכילו את כל אשר תעשון' ,עטץ וועט מאכן 'שכל התורה' פון אלע
אייערע גשמיות'דיגע מעשים ,און דורכדעם וועט זיין 'אתם נצבים',
וועט עטץ האבן א 'תקומה' ,ווייל עטץ וועט האבן א כח פון 'צדיק
מבטל' צו קענען מבטל זיין אלע גזירות רעות.
היוצא לנו מזה :דער זוהר (ח"ג רלא ).זאגט דאך ,אז 'היום דא ראש
השנה' ,דער פסוק קומט דא מחזק זיין א איד ,עס קומט ראש
השנה און מען גייט זיך אוועקשטעלן דאווענען ,און א איד איז
צובראכן ביי זיך ,אונז האבן דאך נישט די גרויסע צדיקים וואס זאלן
מבטל זיין די גזירות ,נו ,וויאזוי קען מען דא אויסבעטן א גוט יאר
פאר זיך און פארן כלל ישראל? אויף דעם זאגט די תורה 'אתם נצבים
טפכם נשיכם' ,אין הכי נמי ,די ריכטיגע בחינה וואס דער רוזשינער
זאגט ,אז מען איז אינגאנצן מבטל די משיכה און תאוה ,אז עס איז
שוין גארנישט דא קיין שום גזירת המלך – ביי דעם האלטן מיר נישט,
אבער ווי נישט ,יעדער איד ,אפילו דער קלענסטער איד ,האט דאך
געהאט דאס יאר גענוג מאל וואס ער האט זיך געשלאגן מיטן יצר
הרע און נישט עובר געווען אויפן 'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי
עיניכם' ,וואס דאס איז אויך א בחינה פון מבטל זיין דעם 'גזירת
המלך' בפועל ממש .און צו דעם איז דאך אויך דא דער ענין פון
'הוריקו פניהם ואמרו מי יוכל לעמוד באלו' ,וואס יעדער איד גלייבט
אז עס טוט זיך אפ א יום הדין און מען דארף רחמים ,יעדער איז
דערשראקן און דערציטערט ,וואס דאס אליינס איז דאך אויך ממרק
און מזכך .ממילא מיט דעם כח האט א איד די בחינה פון 'צדיק
מבטל' ,אז ער קען אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר פארן גאנצן כלל
ישראל ,שמחות מיט נחת און געזונט ,און דער אייבערשטער זאל
העלפן א שנת גאולה וישועה מיט די גאולה שלימה במהרה בימינו,
אמן. די
4
אמרי מנחם /נצבים-וילך
ַא ֶּתם נִ ָ ּצ ִבים ַה ּיוֹם ּ ֻכ ְּל ֶכם לִ פְ נֵ י ה' ֱאל ֵֹה ֶיכם.
Ƿ דברי כיבושין *
שבת נצבים דארף מען נישט צו זאגן קיין 'חידושים' ,דער פסוק
זאגט קלאר ארויס דאס וואס מען דארף דערהערן .וואס מען
ֹ
צ ִבים ַה ּיום ֻּכ ְ ּל ֶכם ִל ְפנֵ י ה'
"א ּ ֶתם נִ ָ ּ
דארף וויסן ,שטייט ארויס אין פסוקַ :
ֹ
יכם".ֱאל ֵה ֶ
אינטערעסאנט ,דער לקוטי מהרי"ח (חודש אלולח) ברענגט דעם בעל
הטורים -זעט אויס אז ער האט געזען דא אזא בעל הטוריםט -אז
ֹ
צ ִבים ַה ּיום" -איז בגימטריא "לעמוד לסליחות".
"א ּ ֶתם נִ ָ ּ
ַ
איך האב געטראכט :עס שטייט (ברכות ז" :).טובה מרדות אחת בלבו
של אדם ממאה מלקיות" .לכאורה ,מאי קא משמע לן? אודאי,
וואס איז דען דער תכלית פון די מלקיות – [אז] ער זאל תשובה טון!
מען שלאגט אים [כדי] אז ער זאל מער נישט טון .און אויב אז עס איז
'בלבו של אדם' – וואס [דאס] איז דער פשט [אז] ער גיבט זיך א
דערפיל! ער גיבט זיך א דערזעה ,אז ער האט נישט גוט געטון ביז
יעצט ,און ער דארף אנדערש טון – אודאי איז דאס מער ווי 'מאה
מלקיות'?
נאר עס קען זיין אפשר אביסל א כוונה' .מלקות' קומט דורך א
צווייטן – צי ער שלאגט אים [ממש] ,צי ער זאגט אים א 'דרשה',
א 'התעוררות' – אבער עס קומט פון א צווייטן .ער דארף דאס ערשט
יעצט דערהערן .עס דארף זיין דער גוטער זאגער ,דער ערנסטער,
וזל"ק" :מנהג מדינתנו עיין ברמ"א שם והוא מדברי המנהגים שיש לעמוד ח
וט באשמורת לומר סליחות מיום א' שלפני ראש השנה .ואם ראש השנה יום ב' או
יום ג' אז מתחילין מיום א' שבוע שלפניו ,ועיין בבעל הטורים נצבים רמז על
זה 'אתם נצבים היום' בגימטריא לעמוד לסליחות ע"ש .רק כשעומדין ביום
א' שלפני ראש השנה קאי הרמז על מה שקורין בשבת בשחרית אתם נצבים
ומרמז העם לעמוד ביום מחר לסליחות ,ואם עומדין בשבוע שלפניו קאי הרמז
על מה שקורין בשבת במנחה אתם נצבים".
כי בבעל הטורים שלפנינו ליתא. ט
* צו הערן די דברי כיבושין ,רופט 718-400-7790און דרוקט 1
אמרי מנחם /נצבים-וילך
'דברים היוצאים מן הלב' ,און ער דארף האבן אליינס עפעס א 'הכנה'
צו הערן.
אויב [אבער] עס איז א 'מרדות בלבו של אדם' ,וואס דער מענטש
אליינס בארעכנט זיך ,און ער טוט זיך אליינס מתבונן זיין אין
דעם זמן און דעם מצב וואס טוט זיך אפ – דאס קענען נישט [אויפטון]
צען אנדערע וואס וועלן אים זאגן מוסר דרשות ,וכדומה.
"ל ָך ֻד ִמיָ ּ ה ְת ִה ָ ּלה" .נאכדעם
מען זאגט אין קאפיטל ס"ה (תהלים סה ,ב)ְ :
ֹ ׂ ׁ ֹ
"ש ֵמ ַע ּ ְת ִפ ָ ּלה ָע ֶד ָ
יך ָּכל ָ ּב ָשר יָ בא ּו" .שטעלט זיך דער שטייט:
"ל ָך ֻד ִמיָ ּ ה ְת ִה ָ ּלה",
מאור ושמש (פרשת נצבים ד"ה הנסתרותי) :דו זאגסטְ :
ׁ ֹ
און נאכדעם זאגסטו" :ש ֵמ ַע ּ ְת ִפ ָ ּלה"? איז דאך דאס עפעס אזויווי
סותר? דא זאגסטו אז [אויב] מען שווייגט איז בעסער ,און דא זאגסטו
אז דער אייבערשטער איז א 'שומע תפילה'?
נאר וואסזשע דען? אזוי ווי מיר זאגן :נאכדעם וואס עס איז שוין דא
די 'מרדות אחת בלבו של אדם' ,דעמאלט איז שוין דאס וואס
קומט פון דער זייט ,די 'מאה מלקיות' – צי מען זאגט די 'דברי
התעוררות' – אז עס איז [שוין] דא די 'מרדות אחת בלבו של אדם',
אודאי העלפט דאס צו אסאך ,וואס מען הערט [נאכדעם] 'דברים
היוצאים מן הלב' פון צדיקים .אודאי ,דער מענטש אליינס ,ער קען
נישט אליינס אזויפיל [נתעורר ווערן] – ווי [ווען ער] ווערט נתעורר
וזל"ק" :מצינו בשם האר"י ז"ל על פסוק (תהלים סה ,ב ג) לך דומיה תהלה, י
שומע תפילה עדיך כל בשר יבואו ,ופירוש כי הנה ידוע לכל עובד ה' שאילו פינו
מלא שירה כים וכו' אין אנו מספיקין להודות וכו' על אחת מאלף אלפי אלפים
וכו' מהטובות שעשה עמנו בכל עת .גם מי יתנה תוקף תהלותיו שאפילו משרתי
עליון אשר יש להם כמה ראשין ובכל ראש אלף פיות וכו' כמובא במדרש אין
מספיקין לומר קצת מתהלותיו .ועיקר עבדות ה' ותהלתו הוא בלב שיותר ויותר
ממה שהפה יכול לדבר הלב יכול לחשוב וה' יודע מחשבות אדם .אמנם מהצורך
לסדר שבחים ותהלות בפה דוקא הוא למען יוכלו ללמד הבאים אחרינו הבאים זט
לעבוד את ה' ,שאם לא היו מתפללין ומשבחין לה' אלא בלב לא יהיה ניכר
עבדות כזה לזולתו שיוכל ללמוד ממנו ,על כן מן הצורך ללמוד ולהתפלל בפה
בכדי שיקחו מוסר הבאים לשמוע בשמעם דברים יוצאים מן הלב בגודל אהבת
ה' ויראתו כן יעשו גם הם .וזהו פירוש 'לך דומיה תהלה' ,פירוש עיקר תהלתך
הוא בדומיה ובמחשבה' ,שומע תפילה' פירוש מה שהתפילה נשמעת מפי עבדי
ה' בני ישראל הוא למען 'עדיך כל בשר יבואו' לעבדך באמת שיהיה להם ממה
ללמוד עבדות ה'".
אמרי מנחם /נצבים-וילך
דורך א 'איש צדיק'! אודאי האט עס נישט קיין שיעור .אבער קודם
דארף עס קומען דורך דעם מענטש אליינס.
און [ווען] דער מענטש [טראכט צו זיך] אליינס[ ,איז] וואס איז שייך
צו זאגן? [אז] ער הייבט אן צו טראכטן פון זיך ,זעט [דאך] יעדער
"ל ָך ֻד ִמיָ ּ ה ְת ִה ָ ּלה" – רבונו של עולם ,וואס האב איך צו זאגן?
מענטשְ :
וואס האב איך צו רעדן? מען קען זיך נישט אפילו אנהייבן צו
ֹ
"אין ִ ּבי ְמתם" ,אז דער פארענטפערן ,אזוי און אזוי! אז מען זעט אז ֵ
"ל ָך ֻד ִמיָ ּ ה
פשט איז ,אז עס איז אינגאנצן נישטא וואו אנצוהייבן – איז ְ
ְת ִה ָ ּלה"! דאס קען דער מענטש צושטעלן.
"ל ָך ֻד ִמיָ ּ ה ְת ִה ָ ּלה"[ ,און ערשט
נאך דעם וואס עס איז דא אזא מין ְ
נאכדעם] קומט מען זיך צוזאמען צו סליחות מיט א רבים
צוזאמען – [דעמאלט] קומט שוין דער כח פונדרויסן אויכעט! 'תפילה
"הן ֵא-ל ַּכ ִ ּביר
בציבור' איז דאך געוואלדיג; ווי עס שטייט (איוב לו ,ה)ֶ :
ֹ
"ל ָך ֻד ִמיָ ּ ה ְת ִה ָ ּלה" – דעמאלט
לא יִ ְמ ָאס" .איז דעמאלט ,נאך דעם ְ
ֹ ׂ ׁ ֹ
"ש ֵמ ַע ּ ְת ִפ ָ ּלה ָע ֶד ָ
יך ָּכל ָ ּב ָשר יָ בא ּו" .דעמאלט קומט קומט צו גיין דער
מען זיך צוזאמען [א רבים] צו סליחות [און זאגן] 'דברים היוצאים מן
הלב' ,דעמאלט איז עס 'עושה רושם' ,עס קומט צו דעם תכלית וואס
דארף אנקומען.
ֹ ֹ
צ ִבים ַה ּיום ִל ְפנֵ י ה' ֱאל ֵה ֶ
יכם" .דער ספורנו זאגט: "א ּ ֶתם נִ ָ ּ
על כל פניםַ :
"לפני ה' אלקיכם" – זאגט משה רבינו צו די אידן :זאלסטו וויסן,
"ומי שיטעה אותי" -מיך קענט עטץ אויסנארן ,אבער "ולא יוכל
להטעות אותו" -דעם אייבערשטן קענט עטץ נישט אויסנארן" .ועל
דעתו תקבלו עליכם" .אה ,דו דארפסט רעדן דיבורים פארן
אייבערשטן .וואס איז דארט? דו ביי דיר ווייסט דאך וואס דו ביסט,
ֹ ֹ ׁ
"לב נִ ְש ָ ּבר וְ נִ ְד ֶּכה ֱאל ִקים לא ִת ְבזֶ ה" ,זאגט דאך די גמרא
איז ממילא ֵ
(סוטה ה:אי) [אז] דאס איז מער ווי קרבנות.
זי
ז"ל הגמ'" :בא וראה כמה גדולים נמוכי הרוח לפני הקדוש ברוך הוא שבשעה אי
שבית המקדש קיים אדם מקריב עולה שכר עולה בידו מנחה שכר מנחה בידו,
אבל מי שדעתו שפלה מעלה עליו הכתוב כאילו הקריב כל הקרבנות כולם,
שנאמר זבחי אלקים רוח נשברה ,ולא עוד אלא שאין תפילתו נמאסת שנאמר
לב נשבר ונדכה אלהים לא תבזה".
אמרי מנחם /נצבים-וילך
און ממילא ,אז א איד קומט צו גיין און ער ווייסט טאקע אז ער האט
נישט קיין דיבורים ,איז ממילא ווערט [ביי אים א] 'התעוררות',
ווי נישט -ווערט א שטיקל 'התבוננות' ,ער הייבט אן צו האבן עפעס
א שטיקל 'הרגשה' אין די הייליגע טעג – וואס מען איז [יעצט] אין
דעם אלול .ליידער וואס מען איז נישט מרגיש ,עס קומט נאך
גרעסערע [טעג] ,נאך מער און נאך מער .איז ממילא קומט צו גיין
ֹ ֹ
יכם" – דאס איז דערצ ִבים ַה ּיום ִל ְפנֵ י ה' ֱאל ֵה ֶ
"א ּ ֶתם נִ ָ ּ
[דער פסוק]ַ :
פשט אז מען זאל האבן א 'הרגש'.
דער הרגש איז :אז דו זאלסט וויסן "[דע] לפני מי אתה עומד" – אים
קענט עטץ נישט אויסנארן! אז מען גייט צו מיט אביסל
'התבוננות' [און] אביסל 'שפלות רוח' – קומט אראפ אן הארה! אפילו
א מענטש ווייסט [ביי זיך]" :וויאזוי קען איך צוגיין צו דאווענען [און]
עפענען דאס מויל? מיט וואס און מיט ווען? [עס איז דאך] אזעלכע
גרויסע טעג ,מען דארף אזויפיל בעטן און אזויפיל רחמים ברוחניות
ובגשמיות ,עס האט דאך נישט קיין שיעור צו רעכענען בכלל ובפרט,
ממילא ,ווי קענסטו דאס?".
נאר וואסזשע דען? דאס ביסאלע [איז חשוב]! "מעט מן האור דוחה
הרבה מן החושך" – א טראפ 'שבירת הלב'! דער 'נשבר לב' א
טראפ! א מענטש זאל זיך עפעס מתבונן זיין – [דעמאלט] איז "פתחו
לי כפתחו של מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם" – איז דער
פשט ,פון דארט הייבט זיך [עס] אפ .און אודאי אז די הייליגע טעג
העלפן צו! עס איז נישט קיין ספק אז עס קומען די 'תפילות' ,מיט די
'דיבורים' ,מיט די 'זמנים' – דער מענטש ווערט נשתנה! דאס העלפט
צו ,דאס איז נישט קיין ספק .איז ממילא ,קען מען מיטן אייבערשטנ'ס
הילף זוכה זיין טאקע ,צו קענען זאגן א ווארט פארן אייבערשטן –
ֹ
יכם" ,און מען זאל זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה
"ל ְפנֵ י ה' ֱאל ֵה ֶ
ִ
און א גוט געבענטשט יאר ,אמן.
חי
4
אמרי מנחם /נצבים-וילך
Ƿ ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים דיבורים וסיפורים -
הרה"ק ר' מרדכי דוב בהרה"ק ר' משולם זושא יצחק זי"ע הארנאסטייפל
כ"ב אלול תרס"ג
דער צאנזער רב זי"ע האט אמאל בענוות קדשו געזאגט" :איך ווייס
נישט וויאזוי עס קומט צו מיר אזא [הייליגער] זון ווי דער
שינאווער רב"?" .האט זיך דער הארנאסטייפלער (חתנו של הרה"ק מצאנז)
אנגערופן" :מיר איז עס ניט (נישט) שווער."...
*
הרה"ק ר' אורי בהרה"ק ר' פנחס זי"ע השרף מסטרעליסק
כ"ג אלול תקפ"ו
איך האב אמאל געהערט אז עס איז געווען געדרוקט אין א ירחון ,א
תשובה וואס דער לעמבערגער רב ר' יוסף שאול זצ"ל האט
געענטפערט פאר איינעם וואס האט אים אנגעפרעגט ,היות אז מען
דארף דאך אינזין האבן דעם 'אחד' און 'ואהבת' מיט גרויס כונה ,איז
וואס איז דער שיעור יוצא צו זיין דעם חיוב קריאת שמע על פי הלכה.
און דער לעמבערגער רב איז דארט מאריך מברר צו זיין די הלכה.
נאכדעם שרייבט ער דארט" :איך בין אמאל געגאנגען אין לעמבערג
אויף די גאס ,האב איך געטראפן אין א חצר ,א הויף ,רבי אורי
סטרעליסקער ליגט אויף דער ערד און שרייט 'שמע ישראל ה' אלקינו
ה' אחד' ,ער איז כמעט אויסגעגאנגען ,איך מיין אז 'בכגון דא' איז מען
יוצא קריאת שמע."...
*
הרה"ק הר"ר מיכל'ע (בהרה"ק ר' יצחק מדראביטש זי"ע) מזלאטשוב
טי
כ"ה אלול תקמ"א
עת גלה סוד נסתרים
אין די צייטן פון רבי מיכל'ע זלאטשובער זצ"ל איז ארויסגעקומען א
שמועה אז דער קיסר גרייט זיך ארויסגעבן א שרעקליכע גזירה
אויף אידן רח"ל .און דער עולם איז געווען זייער באזארגט .האט דער
אמרי מנחם /נצבים-וילך
רבי מיכל'ע געזאגט" :מען דארף גארנישט מורא האבן ,עס וועט
גארנישט זיין!".
האט דער רבי מיכל'ע פארציילט" :דער בעל שם הקדוש איז אמאל
געזעסן ביי שלש סעודות צוזאמען מיט די תלמידים ,און אלע
תלמידים האבן אויפאמאל איינגעדרימלט ,און נאר דער רבי ר' בער
איז געבליבן אויף ,און איך בין אויך אויף געבליבן .הער איך ווי דער
בעל שם הק' רוימט אריין פארן רבי'ן ר' בער אין אויער אריין:
"צוועלף אזייגער ביי די נאכט ,זאלסטו קומען מיט מיר אונטערן
בריק" .האב איך פארשטאנען ,אז וויבאלד איך האב דאס געהערט,
דארף איך אויך דארט זיין ,בין איך אהינגעגאנגען .האב איך געהערט
ווי דער בעל שם הק' זאגט פארן רבי'ן ר' בער אלע מאורעות וואס
וועט זיך טרעפן ביי אידן ביז 'ביאת הגואל' .אבער די גזירה האט ער
נישט אויסגערעכנט ,איז א סימן אז עס וועט גארנישט ווערן
דערפון!".
יראת הרוממות האט נישט קיין שיעור...
ר' מרדכי קרעמניצער זי"ע ,דעם רבין ר' מיכל'עס זון ,האט אמאל
געזאגט א מורא'דיג ווארט" :יראת הרוממות האט געהאט דער רבי
ר' בער ,דער טאטע אביסל ,איך דערמאן מיך ווי זיי האבן געדאוונט –
כאפט מיך אפ א ציטער".
כלפי דעם רבי'ן ר' בער איז דאס געווען בלויז 'אביסל' ...מיר האבן
נישט קיין השגה אין די מדרגות פון די צדיקים.
דו וואלסט געווען כ'בבית ועליה'...
דער הייליגער רבי מיכל'ע זאלטשובער זצ"ל האט זיך אמאל מתבונן
געווען ביי זיך וואו ער שטייט ,און האט מחליט געווען ,אז ער
איז שוין אנגעקומען אזוי הויך ,אז ער האט שוין נישט וואס צו זוכן
אויף דעם עולם און ער איז גרייט נסתלק צו ווערן .אזוי טראכטנדיג,
כ
קומט אריין זיין זון דער רבי יאסעלע יאמפאלער ,וועלכער איז נאך
געווען א קליין קינד און געבעטן" :טאטע גיב מיר עפעס צו עסן" ,איז
דער רבי מיכל'ע געווארן אנגעפילט מיט רחמנות אויף זיינע קינדער
וואס דארפן אים נאך האבן ,און ער האט חוזר געווען פון דער
מחשבה.
אמרי מנחם /נצבים-וילך
שפעטער איז ער געקומען צום בעש"ט הק' ,האט אים דער בעל שם
ֹׂ
"ה ְס ַּכ ְל ּ ָת ֲעשו" (בראשית לא ,כח) – דו
טוב באלד געזאגטִ :
וואלסט נישט געדארפט חרטה האבן ,ווייל מיר האבן א כלל (תענית
כה" :).מיהב יהבי מישקל לא שקלי" – וויפיל יארן מען האט געגעבן
פאר א מענטש צו לעבן אויף דער וועלט ,גיבט מען אים ,און מען
נעמט עס נישט צו פון אים .נאר וואס וואלט געווען? דו וואלסט
געווען אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט 'כבית ועליה' ,ארויף
און אראפ .יעצט האסטו פארלוירן די מדרגה!".
און מיט דעם אלעם איז ער נישט געווען נאר 'דא' ...אין דעם איז דא
מדרגות ָאן א שיעור...
בחד קטירא
דער רבי מענדעלע לינסקער זצ"ל האט גענומען זיין זון דעם
ראפשיצער רב צום רבי'ן ר' מיכל'ע זצ"ל אז ער זאל אים לייגן
תפילין דאס ערשטע מאל .האט שפעטער דער ראפשיצער רב
געזאגט" :ער האט מיך צוגעקניפט אויף אייביג".
זעט אויס ,אז 'תפילין לייגן' דארף מען קענען ...נאר מיר טוען אלעס
'על דעתם'.
*
הרה"ק השר שלום (בהרה"ק ר' אלעזר) מבעלז זי"ע
כ"ז אלול תרט"ו
אזוי שיין ווי דער אינגערמאן האט דאס דערציילט...
דער בעלזער רב ,דער שר שלום זצ"ל איז געווען אין לובלין אויף
פורים ,האט אים דער חוזה מכבד געווען צו ליינען די מגילה.
נאכן ליינען האט דער חוזה געזאגט" :איך האב שוין געהערט די
אכ מעשה ,אבער אזוי שיין ווי דער אינגערמאן דערציילט עס – האב איך
נאכנישט געהערט".
דער 'וכל מאמינים' איז ווי ביים זיידן
ראש השנה נאכן דאווענען ביים בעלזער רב רבי ישכר דוב זצ"ל ,איז
געווען דארט זיינס א קוזינע – א טאכטער פון זיין פעטער רבי
אמרי מנחם /נצבים-וילך
זונדל זצ"ל (ער איז געווען א זון פון שר שלום) ,וואס זי האט נאך גוט געדענקט
דעם זיידן דעם שר שלום (דער רבי ישכר דוב איז נאך געווען א קינד פון פיר פינף
יאר ביי דער פטירה פונעם שר שלום) .האט דער בעלזער רב איר געפרעגט:
"נו ,ווי געפעלט דיר מיין דאווענען?" .האט זי געענטפערט" :דער
'וכל מאמינים' איז געווען פונקט אזויווי ביים זיידן!" .האט ער
געזאגט" :איך ווייס! איך ווייס!".
אינטערעסאנט ,אז ער האט געפרעגט 'מבינות' פון די ווייבער.
אבער באמת איז עס א גמרא (נדה מה" :):מלמד
שנתן הקדוש ברוך הוא בינה יתירה באשה יותר מבאיש" ,זעט מען,
אז די ווייבער זענען גרעסערע מבינים ווי די מענער...
זיין 'צמאה נפשי' האט אונז אינגאנצן אויפגעשאקלט...
דער עלטער שווער זצ"ל (הרה"ק משאץ זי"ע) האט נאך געקענט אידן
וועלכע זענען געפארן צום ערשטן בעלזער רב ,האט ער זיי
געבעטן אז זיי זאלן אים עפעס דערציילן .נו ,אין בעלז האט מען דאך
ווייניג גערעדט ,האט ער זיי געמוטשעט 'עפעס' צו הערן .ענדליך
האבן זיי אים געגעבן א זאג" :וואס זאלן מיר זאגן? ווען דער רב האט
געזאגט ביי די זמירות שבת צופרי "צמאה נפשי אל ה'" – האט ער
צעריבן די ביינער פונעם עולם!".
געטאפט מיט דער הייליגער האנט און אויסגעהיילט קרענק
דער שר שלום האט זיך אמאל געטראפן מיטן רוזשינער זצ"ל ,האט
דער רוזשינער געפרעגט" :בעלזער רב מיט וואס היילט איר?".
האט דער בעלזער רב געענטפערט" :מיט די האנט" .און ער האט
צוגעלייגט דערצו א רמז ,אז 'ישלח דברו וירפאם' איז די ראשי תיבות:
'ידו' .האט דער רוזשינער געזאגט" :מיר היילן מיטן 'מח'! און דער
רמז דערצו איז ,אז די סופי תיבות פון 'ישלח דברו וירפאם' איז 'מוח'.
ומי יעמוד בסוד קדושים...
בכ
משיג צו זיין דעם 'רואה ואינו נראה' דארף מען אליין זיין א בעל מדרגה...
דער קאלאשיצער רב זצ"ל האט נאכגעזאגט פונעם שר שלום" :צו
פארשטיין די כונות פון 'כגונא' (וואס מען זאגט פרייטאג צונאכט) מוז
מען זיין א 'רואה ואינו נראה".
אמרי מנחם /נצבים-וילך
האט דער קאלאשיצער רב נאכגעזאגט פון רבי שלום קאמינקער
זצ"ל ,אז דאס איז געווען דער בעלזער רב! ווייל ווען ער איז
געווען אין בעלז אויף סוכות און דער בעלזער רב האט געמאכט די
'נענועים' ,האט ער (רבי שלום קאמינקער) געזען בלויז די ד' מינים און
נישט דעם בעלזער רב!
אינטערעסאנט ,מען האט נישט געהערט פארציילן פון אנדערע
בעלזער חסידים ,אז זיי האבן נישט געזען דעם רב
בשעת די נענועים ...ווייזט אויס ,אז משיג צו זיין דעם 'רואה ואינו
נראה' – דארף מען אליין אויך זיין א בעל מדרגה...
אנדערע דערציילן אביסל אנדערשבי ,אז רבי שלום קאמינקער האט
געזאגט ,אז ער האט געזען ווי דער בעלזער רב שטייט מיט די ד'
מינים אין דער לופטן און רירט גארנישט ָאן דער ערד.
עס קען זיין אז ביידע זענען אמת ,אבער דאס האט געמוזט זיין אין
צוויי באזונדערע צייטן ווייל אויב איז ער 'אינו נראה' קען ער
אים דאך נישט זען אפילו אין דער לופט.
די בעלזער יושבים וואלטן נישט מקפיד געווען...
דער רבי ר' שמעלקא זצ"ל האט געהאט א מנהג ,אז ער איז קיינמאל
נישט געשלאפן מער ווי דער שיעור פון 'שינת הסוס'גי ,און ער
האט געהאט א גבאי'ן וועמען ער האט געהייסן אכטונג געבן ,אז ווי
נאר עס קומט ָאן צו דעם זמן זאל ער אים אויפוועקן .אמאל איז דער
רבי ר' אלימלך געקומען באזוכן דעם רבי'ן ר' שמעלקא ,זעט ער ווי
ער דרימלט און דער גבאי שטייט דארט גרייט אים באלד
אויפצ ּואוועקן .אבער דער רבי ר' אלימלך האט געוואלט אז דער רבי
ר' שמעלקא זאל שלאפן מער ,כדי אז ער זאל זיין מער אויסגערוהט
צום דאווענען ,האט ער געהייסן דעם גבאי'ן ער זאל גיין עפעס
גכ ברענגען ...האט דער גבאי אים געזאגט ,אז ער קען נישט אוועקגיין
ווייל ער דארף היטן אויפן רבי'ן און אים באלד אויפוועקן .האט דער
רבי ר' אלימלך געזאגט" :איך וועל היטן ,און דו גיי ברענג" .נו ,אז
הובא גם בספר אמרי מנחם שנה ג סוכות עמ' תרצ"ט. בי
שו"ע או"ח רל"א ס"א. גי
אמרי מנחם /נצבים-וילך
דער רבי ר' אלימלך זאגט ,האט ער אים געטרויעט ,און ער איז
געגאנגען .ווי ער קומט צוריק – זעט ער אז דער רבי דרימלט
נאכאלץ ...האט ער זיך זייער דערשראקן אז דער רבי וועט האבן א
קפידא אויף אים .און ווי נאר דער רבי ר' שמעלקא האט זיך
אויפגעוועקט ,האט זיך דער גבאי פארענטפערט און דערציילט וואס
דער רבי ר' אלימלך האט דא געטון מיט אים...
דערנאך האט זיך דער רבי ר' שמעלקא געשטעלט דאווענען ,און ווי
עס איז געקומען צו די שירה האט ער אנגעהויבן צו טאנצן
'ויושע' מיט אזא ברען ,אז דער גאנצער עולם איז אריין אין אזא
מדרגה ,אז זיי האבן ממש געשפירט ווי זיי גייען יעצט אריבער דעם
ים סוף ,און נישט וועלנדיג אז די בגדים זאלן נאס ווערן פונעם
וואסער ,האט זיך דער עולם אויפגעהויבן די כאלאטן...
ווען דער בעלזער רב ,דער שר שלום זי"ע האט פארציילט די מעשה,
טשעלא ּבעס
ַ קא
ַ האט ער צוגעענדיגט בדרך צחות" :מיינע
(כאניאקישע יונגעלייט) ,וואלטן געלאזט די בעקיטשעס נאס ווערן."...
4
דכ
לקבלת הקונטרס מדי שבוע: להערות והארות:
mechonshinova@gmail.com 845.459.5954
