א ליכטיגן תמיד - אידיש · A Lichtigen Tumid - Yiddish — ניצבים וילך (2026-08-31)

זונטאג פרשת נצבים תשפ"ב
אין כוחינו אלא בפה
אונזער עבודה פון רעדן גוט און ניצן
די מויל צום דאווענען
כחם של זרע ישראל אינו אלא בפה הקול קול יעקב
בתורה ובתפלה וכשאדם יש לו כח זה ובוער לבו תמיד לה' יתברך אז
אין שום רע יכול לשלוט בו חס ושלום.
תוכן המאמר :אין כוחינו אלא בפה; טעג פון מאכן א נחת רוח פארן באשעפער /די כח וואס מיר
פארמאגן אין די טעג איז בפה /ווען מען רעדט גוט און מען איז באחדות קענען די מקטריגים נישט מקטרג
זיין /אין הימל ווארט מען אויף די תפילות פון די אידן /די ערשטע זאך פון תשובה איז :ואהבת לרעך כמוך
/דורך אהבת ישראל איז מען מעורר די מידת הרחמים /דורך אהבת ישראל קען מען משפיע זיין כל טוב
זאל אונז געבן געזונט פרנסה נחת ,מיר טעג פון מאכן א נחת
בעטן תפילות פונעם אייבערשטן ער זאל רוח פארן באשעפער
פאר אונז מאכן א נחת רוח .מען גייט א גאנץ יאר בעטן מיר פונעם הייליגן
היינט אריין אין די הייליגע טעג ,יעצט איז באשעפער תפילות ,אז דער הייליגער
די זמן ווען מיר וועלן געבן א נחת רוח באשעפער זאל אונז מאכן א נחת רוח ,ער
א
אונזער עבודת הקודש אין די הייליגע פארן אייבערשטן .מיר גיבן זיך אוועק
טעג איז :צו ניצן די מויל ריכטיג .מלמד שלאף; עסן; כוחות; תאוות עולם הזה .מיר
זכות זיין אויף אידן ,מלמד טוב זיין אויף גיבן זיך אוועק פארן הייליגן באשעפער.
אידן ,מליץ יושר זיין אויף אידן ,מוחל זיין "רבונו של עולם! מיר טוען פאר דיר
אידן ,ליב האבן אידן ,און בענטשן אידן. טאטע א נחת רוח! דו ביסט מיין טאטע
מתפלל זיין צום הייליגן באשעפער אויף און איך בין דיין קינד!".
תשובה תפילה וצדקה ,אויף חרטה ,אלעס די וואכן פון די ימים נוראים ,פון די ימי
איז בפה .לערנען און דאווענען ,ניצן די הרחמים והסליחות ,געבן מיר א נחת רוח
מויל נאר אויף הייליגקייט און אויף פארן הייליגן באשעפער פיר און צוואנציג
לעכטיגייקט .אז מען ניצט די מויל ריכטיג שעה א טאג ,זיבן טעג א וואך ,אלע רמ"ח
די גאנצע הייליגע טעג ,וועלן מיר נישט אברים ושס"ה גידים זענען אריינגעטון
פארכאפט ווערן אין די נישט גוטס ,נאר אין מאכן א נחת רוח פארן הייליגן
מיר וועלן אריינגעכאפט ווערן אין די באשעפער ,מדה כנגד מדה ,וועט דער
גוטס. הייליגער באשעפער אונז פארשרייבן א
די כח פון א איד איז בפה ,ווען א איד יאר פון נחת רוח.
זאל גלייבן אין די כוחות וואס מיר האבן
אין אונזערע תפילות ,אין אונזערע די כח וואס מיר
תחנונים ,אין אונזערע ברכות ,אין פארמאגן אין די טעג
אונזערע מליצה טובות ,אויף אידישע איז בפה
די ספרים הקדושים ברענגען ,אז ראש
קינדער ,וועט מען בעזר ה' אסאך
השנה פירט מען זיך צו עסן א קאפ ,און
אויס'פועל'ן .אונזער כח אין די הייליגע
אסאך פירן זיך צו עסן א קאפ פון א פיש.
טעג ,איז בפה.
וואס עפעס א קאפ פון א פיש? ווייל אין
מען זאל אויסניצן די צייט ,צו רעדן צום די הייליגע טעג ווייזן אידישע קינדער אז
אייבערשטן ,דאווענען צום אייבערשטן, אונזער כח איז אין די פה ,אין די מויל ,כי
אריינלייגן כוחות אין תפילה ,אין זמן אתה שומע תפילה כל פה.
תפילה ,דאווענען פון אנפאנג ביזן סוף.
דער גרעסטער פיש וואס זאל נאר זיין,
געבן גוטע ווערטער אויף אידן ,בענטשן
וויאזוי כאפט מען אים? מען לייגט ארויף
אידן ,זאגן ליכטיגע ווערטער פאר אידן.
אויף א שטריקל אזא דינע נאדל ,וואס עס
נעמען די פה און עס אריינברענגען אין
כאפט אריין די מויל פונעם פיש ,און עס
תפילה ,אין אמונה ,אין ברכות ,אין
געבט זיך אזא האנקער אריין ,אזוי קען
פרייליכקייט ,אין גליקליכקייט .נישט רעדן
מען ארויסשלעפן די פיש .ווען די פיש
דברי עצבות ,נישט מרה שחורה ,נישט
לאזט ווען נישט אריין דעם נאדל ,ווערט
קרעכצן נישט אויף זיך ,און נישט אויף
ער נישט געכאפט .אבער וויבאלד ,ער
כלל ישראל .די עבודת הקודש פון די
האט געגעבן א שלעכטן שלינג אריין אין
הייליגע טעג איז ,כוחינו בפה.
די מויל ,איז ער געכאפט געווארן.
ב
זכותים פון כלל ישראל ,איז נחלש ווען מען רעדט גוט
געווארן ,ער האט נישט וואס צו זאגן!". און מען איז באחדות
קענען די מקטריגים
האט רבי יוסף געפרעגט פון אליהו נישט מקטרג זיין
הנביא" :מען האט אזויפיל תורה געלערנט ווען עס איז דא א גאנצע סטאדע פון
דורך אויס דאס יאר ,וואס טוט זיך מיט די ציגעלעך ,קען נישט קומען די וואלף און
זכות התורה?!". אוועקכאפן איין ציגעלע ,ער האט מורא.
האט אים אליהו הנביא געענטפערט: אבער ווען ער זעט איין ציגעלע גייט
"אויף די תורה איז אויך דא א קטרוג ,אז ארויס פון די חבורה ,דעמאלסט קומט
מען האט נישט געלערנט ווי עס באדארף דער וואלף און ער כאפט אים אוועק.
צו זיין!". וילאנג מיר זענען בחבורה ,באחדות מיטן
האט ער אים געפרעגט" :און וואס כלל ישראל ,מען איז מליץ טוב אויף אידן,
זאגט אברהם אבינו ,די טאטע פון כלל מען האט ליב אידן ,מען מאכט שלום,
ישראל? פארוואס קומט ער נישט מעורר דעמאלסט קענען די מקטריגים נישט
זיין רחמים?". מקטרג זיין ח"ו.
האט אים אליהו הנבאי געענטפערט:
אין הימל ווארט מען
"אברהם אבינו שעמט זיך מיטן כלל אויף די תפילות פון
ישראל ,ער האט נישט וואס צו זאגן!". די אידן
אזויווי רבי יוסף מערבי האט דאס אין ספה"ק 'ערבי נחל' ברענגט ער א
געהערט ,איז ער אריין אין א גרויסע פחד. מעשה פון איינער פון די תלמידים פון
ער האט זיך גענומען שרייען" :רבותי! עם דעם אר"י הקדוש [דער קאמארנער אין
ה' חזקו ונתחזקה! בעד עמינו בעד עיר חומש ברענגט אז דאס איז געווען רבי
אלקינו! טוט תשובה אויף די עבירות! דער יוסף מערבי זצ"ל (וועלכער איז נטמן
הייליגער באשעפער זאל אונז מוחל זיין, געווארן מיט גרויס כבוד אין טוניס ,אין
אז די קטרוגים זאלן בטל ומבוטל ווערן!". בית הכנסת 'באל חממה' און ליידער
און אזוי האט ער געזאגט דברי כבושים חשוון תשפ"ד צוליב די אומרוען ,האבן
פארן כלל ישראל אז מען זאל תשובה טון, פראטעסטירער הונדערטער
מען זאל מעורר זיין רחמי שמים מרובים, אונטערגעצינדן און פארשוועכט זיין קבר
ביז עס איז געווארן א געוואלדיגע אויף א שווערן אופן ה"י)] אז איין יאר
התעוררות .ביז אליהו הנביא האט אים ראש השנה איז געקומען צו אים אליהו
געזאגט ,אז אברהם אבינו מיט די כח הנביא ,און אים געזאגט" :למען ה'
התשובה פון זיין קהילה ,מיט די כח פון זאלסטו זיך שטארקן מיט דאווענען ,מיט
התפילה פון זיין קהילה ,האט זיך אברהם בעטן ביים אייבערשטן ,ווייל עס איז דא א
אבינו גענומען די כוחות ,און ער איז שטארקע קטרוג אויבן אין הימל ,אויף
געקומען צום הייליגן באשעפער ,און מען אזוי ווייט אז אפילו 'מיכאל' ,דער שר
האט מהפך געווען די מידת הדין צו מידת הגדול ,דער גרויסער סניגור פון כלל
הרחמים .און רבי יוסף מערבי האט נאך ישראל ,וואס ער דערמאנט אלעמאל די
ג
איז ער געפארן אין יאר תרצ"א קיין יום טוב געשריבן בריוון צו אלע מקומות
אמעריקא טרעפן אן עושר וואס וויל אים ארום און ארום ,און ער האט פארציילט
געבן ,אדער בארגן ,די געלט.
זיין חלום ,מעורר צו זיין נאך קהילות
איז ער צוגעגאנגן צו אן עושר ,און ער בישראל ,אז מען זאל תשובה טון ,אז מען
האט אים געפרעגט ,צו ער וויל אים בארגן זאל מעורר זיין רחמי שמים מרובים.
די געלט? האט ער אים געפרעגט" :וויאזוי
גייסטו עס באצאלן ,און ווען גייסטו עס
וואס זעט איר דא? דער מלאך מיכאל,
באצאלן?". וואס ער איז שטענדיג די מלמד זכות אויף
אידן ,האט זיך נישט קיין עצה געגעבן ,ער
האט אים רבי יחזקאל געענטפערט: האט געדארפט צוקומען צו די תפילות פון
"איך קען דיר עס צוריקגעבן אין צוואנציג
אידישע קינדער אויף די וועלט ,כדי ער
יאר ארום!".
זאל קענען מעורר זיין רחמים .אברהם
האט אים דער עושר געענטפערט: אבינו ,דער הייליגער טאטע אברהם ,האט
"בעצם ביסטו נישט נארמאל .אזוי מאכט זיך געשעמט ,ער האט נישט געהאט די
מען אן הלואה? צוואנציג טויזענט דאלער
כוחות ,ביז א קהילה אין כלל ישראל האט
אויף צוואנציג יאר?! אבער ,איך זע אז דו
ביסט אן ערליכער מענטש ,דו גלייבסט זיך צאמגענומען צו דאווענען ,צו מעורר
אין באשעפער ,דו טוסט עס בתמימות. זיין רחמים אין הימל .לאמיר אונז נישט
איך בארג דיר די געלט!". אונטערשאצן אונזערע כוחות עצומות
וואס מיר האבן ,מיר האבן די כוחות מעורר
רבי יחזקאל האט געבארגט די געלט,
און געענדיגט אויפבויען די ישיבה .און ער צו זיין רחמים ,מיר האבן די כוחות צו גורם
האט געהאלטן ווארט .יעדן טאג האט ער זיין אז אלע גזירות רעות זאלן בטל ווערן,
אוועקגעלייגט נאך א דאלער און נאך א מיר האבן די כוחות משפיע צו זיין פארן
דאלער ,מיט אלע שוועריגקייטן .נאך כלל ישראל א כתיבה וחתימה טובה און א
צוואנציג יאר ,האט ער געהאט די גאנצע גוט יאר -נאר מיט די כוח הפה ,מיט די כח
געלט .ער איז געפארן אויף אמעריקא אויף
צו זוכן דעם עושר. התפילה מעומקא דליבא.
נאכן מאכן חקירות ודרישות ,וואו דער מעשה בחסיד אחד
עושר געפינט זיך ,האט אים די עולם
הגאון רבי יחזקאל סארנא ז"ל האט
געזאגט ,אז דער איז מער נישט קיין עושר,
געבויעט א ישיבה פארן קריג אין שטאט
ער איז איינער וואס ער וואוינט 'האמליס',
חברון ,עס האט אים געפעלט צוואנציג
ער וואוינט אן א משפחה ,אן גארנישט,
טויזנט דאלער צוצוענדיגן אויפבויען די
אין עפעס א קעלער דארטן ,ער דרייט זיך
ישיבה .קיין איין עושר האט אים נישט
ארום ממש 'נע ונד'...
געוואלט בארגן די געלט ,ווייל א ישיבה
דער רבי יחזקאל האט אים איז נישט קיין געשעפט וואו עס קומט
אויפגעזוכט ,ער האט אים טאקע אריין געלט ,א ישיבה איז פול מיט
געטראפן נעבעך אין א קעלער ,אין שמוץ, הוצאות ,קיינער האט אים נישט געוואלט
ממש אין אן אשפה ,מאיגרא רמה לבירא בארגן געלט.
עמוקתא.
ד
האט ער אים געענטפערט" :לעבן ווי א האט אים רבי יחזקאל געפרעגט" :דו
נארמאלע מענטש?! די אלע זאכן וואס געדענקסט מיר?!".
האט פאסירט ,האט דער הייליגער
באשעפער געטון ,איך בין עס מקבל זאגט ער" :אוודאי געדענק איך דיר!
באהבה! אבער וויאזוי ווייז איך ארויס מיין צוואנציג יאר צוריק האסטו געבארגט פון
אהבה צום הייליגן באשעפער?! אז איך זאג מיר צוואנציג טויזענט דאלער!".
צום באשעפער :אז דו ווילסט מיר געבן
האט אים רבי יחזקאל געזאגט" :איך
געלט ,גיב מיר .אבער די געלט וואס איך
האב געעפנט די ישיבה ,איך בין דיר
האב געגעבן צו בויען א ישיבה ,דאס דארף
געקומען צוריקגעבן די געלט!".
איך נישט! די זכות האב איך! דאס
ווילסטו מיר אויך צונעמען?!". האט זיך דער איד צעלאכט ,ער האט
געזאגט אזוי :דער הייליגער באשעפער
האט זיך אנגערופן רבי יחזקאל סארנא:
זאל אפהיטן ,זיין ווייב לעבט שוין נישט,
דאס מיינט א איד וואס ער גלייבט באמת
ער האט נישט קיין קינדער ,ער האט נישט
אינעם אייבערשטן ,וואס ער איז מקבל די
קיין געלט ,דער הייליגער באשעפער האט
עול מלכות שמים באמת ,די אלע זאכן
פון אים אלעס צוגענומען .ער האט נישט
וואס דער הייליגער באשעפער האט אים
קיין כבוד .דער הייליגער באשעפער האט
אוועקגענומען ,האט ער אזא אמונה אז
אים אבער איבערגעלאזט איין מצוה -ער
דאס איז לטובתו ,ער האט אזא אמונה אז
האט געהאלפן אויפבויען א ישיבה" .דאס
דאס איז די רצון השם ,ער גלייבט אזוי
ווילסטו פון מיר אוועקנעמען?! בשום
שטארק אינעם אייבערשטן ,אז די צדקה
אופן שבעולם!!" ,ער נעמט עס נישט
געלט וויל ער נישט נעמען פאר זיך ,ווייל
צוריק!
דאס זענען זיינע זכותים .אזוי נאנט
שפירט ער זיך צום אייבערשטן ,מיט אזא האט אים רבי יחזקאל געזאגט" :נעם די
אמונה פשוטה. געלט ,וועסטו קענען לעבן ווי א
נארמאלער מענטש!".
דער הייליגער באשעפער זאל באשערן פאר יעדעם אלעס גוטס ,ער זאל
פון קיינעם נישט גארנישט צונעמען ,נישט קיין רוחניות ,נישט קיין
גשמיות .אבער ,ווען מען גייט צו צו די סליחות ,דארף מען צוגיין מיט א
גע וואלדיגע אמונה פשוטה ,מיט א געוואלדיגע נאנטקייט צום
אייבערשטן ,מיט א געוואלדיגע בטחון פון 'השלך על ה' יהבך'.
אין אמעריקא ,דאס הייסט א ביליגע מעשה בחסיד אחד
חתונה זאל ,ווי מען נעמט אן חתונות פאר
משפחות וואס האבן נישט קיין גרויסע עס איז געווען א כלה וואס האט
געלטער .די זאל וואס מאכט ביליגע געדארפט חתונה האבן בשעה טובה
חתונות ,האט געהאט צוויי זאלן ,א ומצלחת ,אבער אזויווי איר טאטע איז
קליינע און א גרויסע .און די סדר איז נישט געווען דער גרויסער עושר ,דער
געווען ,אז ווער עס מעלדט זיך ,אז ער וויל גרויסער בעל פרנסה ,האבן זיי געזוכט א
דארט חתונה מאכן ,מאכן די 'תקנות חתונה זאל' ,ווי מען רופט עס דא
פארוואלטונג א גורל פון די אלע מענטשן
ה
מאמע ,ענק זאלן אויך ניישט האבן קיין ווער עס קען זוכה זיין צו באקומען איינע
צער .יענע כלה וועט האבן צער ,איך בין פון די זאלן .און נאכדעם מאכט מען נאך
מוותר ,איך וויל נישט זען קיין צער אין א גורל ווער עס וועט זוכה זיין צו די
די נאכט פון מיין חתונה!". גרויסע זאל און ווער עס וועט זוכה זיין
אין די קליינע זאל.
זי האט מוותר געווען .עס האט
געהערשט א גרויסע שמחה ביי ביידע די כלה פון וועם אונז רעד מיר ,האט
משפחות ,די משפחה האט באקומען די טאקע זוכה געווען צו באקומען איינע פון
גרויסע זאל ,איז דאס געוויס א גרויסע די זאלן ,אבער די קליינע זאל .די כלה איז
שמחה .און די אנדערע משפחה האט זוכה געווארן אינגאנצן צעבראכן ,ווייל עס
געווען צו אזא טייערע לעכטיגע כלה, וועט נישט קענען אריינגיין אלע אירע
וואס איז מוותר אויף די שמחה פון די חבר'טעס און בני משפחה בדרך הטבע.
חתונה נאכט פאר א צווייטן כלה ,איז עס האט זי געבעטן איר טאטע ,צו גיין צו
דען נישט קיין גרויסע שמחה?! דער וואס האט געווינען די גורל אויף די
גרויסע זאל ,אויף יענעם דאטום ,און
א טאג צוויי פאר די חתונה ,האט פרעגן ,אפשר ווילן זיי מאכן א טויש .יענע
אנגערופן א גרויסער עושר ,דעם בעל משפחה זענען נישט אזא גרויסע משפחה,
הבית פון די זאל ,און ער פרעגט "ווער זיי זאלן חתונה מאכן אין די קלענערע,
מאכט חתונה ביי ענק יענע נאכט?" .ער און איבערגעבן די גרעסערע פאר די
מאכט חתונה די זעלבע נאכט ,ברוך ה' משפחה.
ער איז אן עושר ,ער האט געלט .ער וויל
אויסצאלן איינע פון די חתונות פון יענע דער טאטע האט זיך זייער געשעמט,
זאל .און דער בעל הבית'טע פון דעם עס האט אים זייער וויי געטון ,אבער וואס
עושר האט געזאגט "צאל אויס די טוט נישט א טאטע פאר א קינד? איז ער
קלענערע זאל ,ווייל דער וואס מאכט אריבערגעגאנגן צו די מחותן דארטן ,און
חתונה אין די קליינע זאל ,מוז זיין אז ער אים געפרעגט .פארשטייט זיך יענער
האט זייער ווייניג געלט ,דארף מען מחותן האט אנגעפאנגן טראכטן ,וואס
שטערקער רחמנות האבן אויף זיי ,מער פאר א מין בקשה איז דאס? וואס זאל ער
ווי דער וואס מאכט חתונה אין די גרויסע יעצט טון? ...אבער ווי נאר די אנדערע
זאל!" .און אזוי האבן זיי זוכה געווען צו כלה האט דאס געהערט ,האט זי געזאגט
חתונה מאכן אין די קליינע זאל דורך "טאטע ,איך וויל האבן די זכות פון מוותר
וויתר ,און א צווייטער עושר האט נאך זיין פאר א צווייטן כלה ,איך וועל נישט
אויסגעצאלט די חתונה!... האבן קיין צער פון חתונה האבן אין א
קליינע זאל ,און איך בעט ענק טאטע
ווען א איד איז מוותר פאר א צווייטן איד -אויבן אין הימל רעש'ט
זיך! דאס שיקט השפעות טובות! אונז דארף מיר זיך שטעלן צו די
ימי הרחמים והדין דורך דעם וואס איין איד איז מוותר פארן צווייטן.
אונז קען מיר נישט צוקוקן די צער פון א צווייטן ,און אונז געב מיר
זיך אוועק פאר א צווייטן איד בתכלית הביטול .לא תקום ,ולא
תטור ,ואהבת לרעך כמוך ,און אויבן אוין הימל ווערט א גרויסן רעש.
און אין הימל זאגט מען :די אידן זענען זיך מוותר איינער פארן
ו
צווייטן ,די אידן קענען נישט צוקוקן די צער פון א צווייטן איד -
קל וחומר בן בנו של קל וחומר ,אונזער לעכטיגער זיסער גרויסער
טאטע אין הימל ,אונזער גרויסער קעניג ,דער מלך מלכי המלכים
הקב"ה ,זאגט ,מידה כנגד מידה ,וועל איך דאך אוודאי נישט צוקוקן
די צער פון אידן ,דארף איך דאך מוותר זיין און מוחל זיין פאר אלע
אידן ,און זיי פארשרייבן א לעכטיגע יאר.
דורך אהבת ישראל די ערשטע זאך פון
קען מען משפיע תשובה איז :ואהבת
זיין כל טוב לרעך כמוך
נאך האט ער געזאגט :אז אידן האבן אין ספר 'דברי ישראל' (פרשת
זיך ליב ,ווערט פון אלע אידן איין בחקותי אין די הגהות אות יח) ברענגט
גרויסער איד ,ממילא ,פון אלע הענט ער בשם דער הייליגער קוזמירער זי"ע:
ווערט איין לאנגער האנט ,קען מען ווען א מענטש גייט ערב יום כיפור
דערגרייכן אין הימל און נעמען כל טיב אנגעטון מיטן קיטל ,און ער האלט שוין
וטוב. די לעכט אין די האנט ,ער וויל עס גיין
מען גייט זאגן סליחות ,מיט א טראגן אין בית המדרש .און זיין חבר
געוואלדיגער אמונה ,מיט א קומט צו צו אים 'קום לאמיר כאפן א
א מיט בטחון, געוואלדיגער שפאציר ,איך וויל זיך אויסרעדן מיין
געוואלדיגער שמחה ,מיט התעורורות, שווער הארץ' ,זאל ער גיין מיט אים ,און
מיט תשובה ,מיט בכיות ,אבער אלעס פארברענגן די צייט .פארוואס? וואס
מתוך שמחה .ווייל מיר זענען די בני וויל ער טון אין יום כיפור? תשובה! די
מלכים ,מיר זענען די ריכטיגע עבדים און ערשטע זאך פון תשובה איז' :ואהבת
בנים למקום .מיט א געוואלדיגער אהבת לרעך כמוך זה כלל גדול בתורה'...
ישראל ,מיט די געוואלדיגע חשיבות אז
מיר האבן די כח בפה ,וועלן מיר מעורר דורך אהבת ישראל
איז מען מעורר די
זיין רחמים מרובים ,מהפך זיין אלע
מידת הרחמים
דינים לרחמים ולרצון .דער הייליגער ער ברענגט דארט אויך :ווען צוויי
באשעפער זאל העלפן וימלא משאלות אידן האבן זיך ליב ,ווערט א גאנצע שם
לבינו לטובה ולברכה ,און דער הייליגער הוי"ה .צוויי מאל 'אהבה' איז בגימטריה
באשעפער זאל העלפן ,א כתיבה כ"ו אזוי ווי די שם הוי"ה .און מיט דעם
וחתימה טובה און א גוט געבענטשט טייטשט ער' :ואהבת לרעך כמוך' ,אז עס
יאר ,און א לעכטיגן תמיד ,אמן כן יהי איז דא אן אהבה פון צוויי אידן – 'אני
רצון. הוי"ה' ,קומט ארויס די שם הוי"ה ,וואס
דאס איז ,די מידת הרחמים.
צו ערהאלטן אונזערע גליונות יעדע וואך ,שיקט צו:
gilyonospm@gmail.com
ז
אל הנער הזה התפללתי
המשך משבוע העבר:
עס ווערט געברענגט פון רבי חיים פלאגי ז"ל אז א סגולה צו האבן קינדער
איז צו בעטן דעם אויבערשטן אז מען וויל האבן בנים זכרים ,ערליכע קינדער,
מיט א ווילן מקיים צו זיין די מצוה פון "ושננתם לבניך" (לערנען תורה מיט די קינדער)
און צו קענען לערנען תורה מיט זיי .מען זאל אינזין האבן אויף דעם הייליגן שם
וואס באשטייט פון ד י אותיות "כ ו ז ו" ,וואס איז א הייליגער שם וואס קומט
נאך די אותיות פון דעם שם הוי"ה .די מקור געפינט זיך אין רבינו בחיי פרשת
וישב (בראשית ל"ח ,ה) אויף דעם פסוק" ,והיה בכזיב בלדתה אותו" .מען זאל
אויפשרייבן דעם שם ,דאווענען צום אויבערשטן ,און ארויסברענגען דעם ווילן
מקיים צו זיין די מצות עשה פון "פרו ורבו" ,די מצות עשה פון "ושננתם לבניך",
ווי אויך אלע אנדערע מצוות התורה וואס ווערן איבערגעגעבן צו קינדער און
צוקונפטיגע דורות .מתבונן זיין אויף דעם שם איז א שטארקע סגולה פאר האבן
קינדער.
דער הייליגער רבי פנחס פון קאר יץ האט געזאגט אז שמחה איז די גרעסטע
סגולה פאר אן עקרה צו האבן קינדער .עס איז דא א ראי' אויף דעם פון תורה,
נביאים און כתובים .אין די תורה שטייט ביי שרה אמנו ,וואס איז געווען זייער
אלט" ,ותצחק שרה בקרבה" .שרה האט זיך גענומען צו שמחה; זי האט געזען אז
זי איז א לט און האט נישט קיין קינדער ,און אברהם אבינו איז אויך אלט .זי
האט זיך גענומען צו די עבודה פון שמחה ,ווי עס שטייט "ותצחק" ,און דורך די
שמחה האט איר דער אייבערשטער געהאלפן צו האבן א קינד .מען זאגט אז
דאס איז אויך א שטארקע רפואה על פי דרך הטבע ,ווייל שמחה ברענגט
רואיגקייט ,געלאסנקייט ,און אפגעלאזנקייט ,וואס פארמיידט שפאנונג אין די
נערוון און אברים .די אינערליכע רואיגקייט און ברייטקייט פונעם נפש געבן
דעם כח פאר א מענטש צו האבן קינדער ,ווייל ווען א מענטש איז אנגעצויגן און
פארשפאנט ,ברענגט דאס א געוואלדיגע דרוק און שוואכקייט אין דעם גוף ,און
דאס מאכט זייער שווער צו ווערן טראגעדיג.
אין נביאים שטייט" ,רני עקרה לא ילדה" .די עקרה וואס האט נישט קיין
קינדער זאל זיך פרייען ,און דורך איר פרייען זיך וועט זי האבן קינדער.
אין כתובים ,שטייט אין תהלים" ,מושיבי עקרת הבית אם הבנים שמחה".
אויב מען לעבט מיט שמחה ,איז מען זוכה צו קינדער .דאס איז א זייער
וויכטיגער פונקט :אז דער פארפאלק זאל לעבן מיט שמחה ,ספעציעל אין די
שווערע צייטן ,ווען מען איז נאך נישט געהאלפן געווארן ,אדער ווען מען זעט
ח
אנדערע -יונגערע מענטשן ,משפחה מיטגלידער ,חברים -וואס האבן שוין
קינדער .זיי זאלן רעדן פון שמחה ,אמונה ,און בטחון .זיי זאלן טראכטן,
"פארוואס האבן יענע קינדער? ווייל דאס איז וואס דער אייבערשטער האט
געוואלט .פארוואס האבן מיר נאך נישט קיין קינדער? ווייל דאס איז וואס דער
אייבערשטער וויל ".יעדער איז דא אויף דער וועלט צו טון דעם אייבערשטנ'ס
רצון .אויב דאס איז וואס דער אייבערשטער וויל פון אונז ,אויב דאס איז אונזער
תפקיד פאר וואס דער אייבערשטער האט אונז יעצט געשיקט אויף דער וועלט,
ווילן מיר זיין געטרייע קינדער ,געטרייע סאלדאטן ,און זיין פרייליך מיט דעם
אייב ערשטנ'ס רצון .מיר זענען מבטל אונזערע רצונות פאר דעם אייבערשטנ'ס
רצון און זיין פרייליך ,און זיך משתתף זיין אין די שמחה פון אנדערע ,זיי
פאר גינען זייער שמחה .דאס איז די גרעסטע רוחניות'דיגע סגולה צו זוכה זיין
צו קינדער ,בעזרת השם.
עס ווערט אראפגעברענגט אין די ספרים הקדושים ,אז סבלנות איז דער
שליסל צו געהאלפן ווערן מיט קינדער .מען זאל נישט פרעגן פארוואס דער
אייבערשטער האט דאס געטון ,פארוואס מען איז אנדערש פון אנדערע ,אדער
פארוואס אנדערע האבן הצלחה .מען זאל קיינמאל נישט זיין פארביטערט ,נאר
מען זאל ווייזן פארן אייבערשטן סבלנות ,פונקט ווי אונזערע אמהות הקדושות
האבן געטון מיט געוואלדיגע סבלנות .מען ווייזט פארן אייבערשטן אז מען איז
סובל זיין רצון און מען האלט אין איין חזר'ן "גם זו לטובה" און "כל מה דעביד
רחמנא ,לטב עביד" .דאס זינגען "מזמור לתודה" איז א שטארקע סגולה צו
געהאלפן ווערן מיט קינדער.
מ'דערציילט אז די טאכטער פון רבי שמואל קאמינקער האט ליידער נישט
זוכה געווען צו קינדער .איינמאל איז רבי רפאל פון בערשיד זצ"ל (פון די תלמידי
המובהקים פון הרה"ק רבי פינחס'ל קאריצער זי"ע) געקומען קיין קאמינקא ,און רבי
שמואל קאמינקער איז נישט געווען אינדערהיים .זיין טאכטער איז געגאנגען
צום צדיק רבי רפאל פון בערשיד און גע בעטן א ברכה צו זוכה זיין צו קינדער .ער
האט געזאגט אז די סגולה פאר קינדער איז שמחה .ווען רבי שמואל קאמינקער
איז צוריקגעקומען אהיים ,האט זיין טאכטער אים דערציילט וואס רבי רפאל
בערשידער האט געזאגט .האט איר טאטע געענטפערט ,דאס וואס מיר האבן
יעצט געזאגט" .דאס שטייט אין תורה ,אין נביאים ,און אין כתובים".
אבער איין זאך מוזטו וויסן :דו טארסט נישט פרעגן קיין קשיות .דו טארסט
נישט ווייזן קיין עצבות צום אייבערשטן .מיר זענען נישט טרויעריג מיטן
אייבערשטן; מיר זענען פרייליך מיטן אייבערשטן און מיר גלייבן אין באשעפער.
דאס איז די סגולה.
די טאכטער פון רבי שמואל קאמינקער האט דאן געפרעגט" ,אויב שרה איז
געווען פרייליך ,און איר שמחה איז געווען לשם א סגולה ,פארוואס האט דער
אייבערשטער איר געמוסר'ט פארן לאכן? זי האט דאך געוואלט ברענגען
ט
קינדער דורך די סגולה פון שמחה!" האט רבי שמואל קאמינקער געענטפערט,
"סגולות טוט מען נאר ווען א צדיק גיט א ברכה ,אדער ווען א מענטש וויל בכלל
האבן קינדער .אבער ווען מען הערט דירעקט פון הקב"ה אז מען וועט האבן
קינדער ,טאר מען נישט טון קיין שום סגולות".
אפילו אין די תורה זעען מיר דעם באגריף פון עקרות ,ווייל דער אייבערשטער
האט געוואלט ווייזן אז ער האט דאס אריינגעלייגט אין די בריאה ,און די וועמען
דער אייבערשטער קלויבט אויס און פארטרויט צו דורכגיין דעם נסיון ,גלייבט
דער אייבערשטער אז זיי זענען געטריי און האבן אים ליב .פאר זיי גיט דער
אייבערשטער דעם נסיון .מען טאר נישט אפווארפן דעם נסיון ,חס ושלום ,אדער
זאגן צום אייבערשטן" ,ניין ,מיר זענען נישט געטריי ",חס ושלום .ווייז
געטריישאפט און ליבשאפט; דאס איז די סגולה פאר האבן קינדער.
עס ווערט געברענגט אין נפש החיים און אנדערע ספרים באריכות ,אז מען
נעמט א זילבערנע בלעכל און מען קראצט אויף דעם דעם אות "ה" ,וואס איז
מרמז אויף "הא לכם זרע" (אט האט איר קינדער) .א "ה" קייטל וואס א פרוי טראגט
איז א סגולה פאר קינדער ,ספעציעל ווען עס ווערט געבענטשט דורך צדיקים.
כאטש דאס געבן א ברכה טוט צולייגן צו די ווירקזאמקייט ,איז די הויפט סגולה
צו טראגן א "ה" קייטל.
נאך א סגולה איז ,אז נאך א ברית מילה ,איידער דער מוהל וואשט אפ דעם
מעסער ,זאל די פרוי קוקן אויף דעם מעסער וואס מען האט גענוצט צו מל'ן
דאס קינד .דאס איז א סגולה פאר קינדער.
ווי די הייליגע טעג דערנענטערן זיך ,איז באוואוסט אז דער אתרוג וואס מען
נוצט פאר די ברכה דורכאויס די הייליגע טעג פון סוכות איז א סגולה; אויב מען
עסט דערפון ,איז מען זוכה צו זרע של קיימא קינדער .נאך מער ,טייל זאגן אז
מען זאל אפבייסן דעם פיטם אדער דעם עוקץ און א טייל פונעם אתרוג און עס
עסן ,און דאס איז א סגולה פאר קינדער.
נאך א סגולה וואס מען ברענגט איז צו נעמען די הושענות ,סיי פון דעם לולב
און סיי די וואס מען האט גענוצט פאר׳ן קלאפן הושענא רבה .מען זאל דאס
אפקאכן און מאכן דערפון א געטראנק .די הייליגע ספרים זאגן אז מען קען
אפילו צולייגן אביסל צוקער פאר׳ן טעם .סיי דער מאן און סיי די ווייב טרינקען
דאס ,און עס איז א שטארקע סגולה פאר זרע של קיימא .דער מונקאטשער רב
האלט אז מען זאל נישט אפבייסן דעם פיטם אדער עוקץ אין הושענא רבה ,נאר
מען זאל ווארטן ביז איסרו חג .אבער אנדערע פוסקים האלטן אז מען מעג עס
טון אפילו אין הושענא רבה .דאס איז א שאלה אין די פוסקים .עכ״פ,
אראפנעמען א שטיקל פון אתרוג און עס עסן ,און אזוי אויך דאס טרינקען פון
די הושענות נאך סוכות ,איז א סגולה פאר זרע של קיימא.
המשך יבוא אי"ה
מען קען הערן תשובות בכל תחומי החיים אויפן ליניע אויף קנעפל.511 :
י
שיחת הכנה לחודש אלול
קוויטלעך אריינגעלאזט געווארן ,און דער בעלזער רב המשך משבוע העבר:
האט נאכאמאל געזאגט" ,איך האב געזאגט איך וויל זיי
דער טשערנאבלער רבי האט דערציילט אין נאמען
נישט מקבל זיין .א איד טאר נישט אויספירן".
פון זיין זיידן ,רבי ישעי' פון טשעחויב ,אז זיין טאטע ,דער
וואס לערנען מיר פון דעם? די עבודה פון רבי אהרן הייליגער דברי חיים ,האט געהאט א ספעציעלן צימער
פון בעלזא במשך די ימים נוראים איז געווען נישט צו וואס מ'האט גערופן דעם "אלול צימער" .דארט האט ער
מקבל זיין מענטשן ,ווייל ער האט זיך געדארפט צוגרייטן געגעסן ,געשלאפן ,און זיך מכין געווען צו די ימים נוראים.
מיט יראה און ערנסטקייט צום יום הדין ,בקדושתו
דער משגיח פון בארנעוויטש האט דערציילט אז עס
ובטהרתו .אבער ער האט מקבל געווען א קבלה טובה אז
איז געווען א דארפסמאן וואס זיין פרנסה איז געווען פון
פונקט יעצט איז א צייט ווען מען טאר נישט זיין שטרענג
מאלן ווייץ אויף מעהל .ווען דער חודש אלול איז
אין אויספירן דעם אייגענעם רצון .דאס איז א זייער
אנגעקומען ,פלעגט ער זיך אפזונדערן אין בית המדרש
וויכטיגע עבודה .אויב דו ווילסט שפירן אז דו טוסט
און בשום אופן האט מען אים נישט געקענט זען ארבעטן
עפעס פאר'ן אייבערשטן אין חודש אלול און תשרי,
אדער מאלן ווייץ .ער פלעגט ערקלערן אז פונקט ווי מען
זאלסטו אננעמען אז ,לכל הפחות אין די צוויי חדשים,
נעמט אפ מעשר פון געלט ,דארף מען אויך נעמען מעשר
מיט געוואלדיגע כוחות ,מיט געוואלדיגע עקשנות ,און
פון דעם אייגענעם לעבן .כאטש א צענטל דארף מען
מיט געוואלדיגע ענוה ,טוט א איד נישט אויספירן זיין
אפגעבן פאר עבודת השם ,מקדיש זיין פארן באשעפער.
אייגענעם רצון .ארבעט שווער נישט אויסצופירן דיין
דעריבער ,יעדן חודש אלול פלעגט ער אפגעבן די טעג
אייגענעם רצון.
אלס זיין מעשר ,מקדש זיין די טעג פון אלול און תשרי
דער ספר יסוד ושורש העבודה ברענגט אז אסאך צום אייבערשטן.
אידן האבן געהאט דעם מנהג זיך נישט צו קראצן .זיי
אין וויזשניץ איז נישט געווען דער מנהג צו גיין אין
האבן אנגענומען יסורים מיט ליבשאפט אלס א כפרה
מקוה יעדן טאג .מ'האט מקפיד געווען צו גיין אין מקוה
אויף עבירות .זיי האבן געלאזט זיך בייסן און האבן זיך
שבת ,יום טוב ,און יומא דפגרא'ס ,אבער אין די טעג פון
נישט צוריקגעקראצט ,ספעציעל במשך די הייליגע טעג
ספירת העומר ,חודש אלול ,און עשרת ימי תשובה ,איז
פון אלול און תשרי.
מען געווען זייער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג.
אין ספר אמרי פנחס שטייט אז מ'זעט אז די איינער פון די גוטע מנהגים פאר חודש אלול איז צו גיין
פריערדיגע צדיקים האבן נישט געהאנדלט און געשעפטן טעגליך אין מקוה.
אין די הייליגע טעג פון אלול און תשרי .יעדער איד זאל
אריין צו קומען צום בעלזער רב ר' אהרן זי"ע איז
זיך משתדל זיין צו פארמינערן די געשעפטן .יעצט איז
געווען זייער שווער ,און ספעציעל אין די ימים נוראים ווען
נישט די צייט צו זוכן צו מאכן געשעפטן .וואס מ'דארף
אזויפיל מענטשן פלעגן זיך צוזאמקומען .די גבאים האבן
טון ,דארף מען טון ,אבער כדי צו שפירן אז ס'איז אלול
אייגנטליך געוואלט אריינלאזן די מאסן ווען זיי זענען
און תשרי ,דארף מען פארמינערן אזעלכע אקטיוויטעטן.
געווען גרויס ,ווייל אזוי האבן זיי פארדינט זייערע גבאות-
מ'זאל זען צו לערנען א שיעור יעדן אינדערפרי ,א שיעור
געלטער; זיי האבן געמאכט גוטע פרנסה.
יעדן אוונט ,א שיעור אינמיטן טאג .לערנען דעם חק,
לערנען משניות ,אותיות נשמה .דאווענען לענגער ,און איינמאל האט דער בעלזער רב אויסגערופן" ,וואס
בכלל נישט רעדן פארן דאווענען קיין דברים בטלים .זען ווילט איר פון מיר אין די ימי הדין? איך דארף אויך עפעס
צו זאגן תהלים עטליכע מאל א טאג ,אדער כאטש האבן טון! איך קען נישט יעצט מקבל זיין דעם ציבור .דער
א טעגליכן סדר אין תהלים .נישט הערן קיין טעלעפאן ציבור זאל פון דאנעט אוועקגיין!" א פאר מינוט שפעטער
ליינס ,נארישקייטן ,פאליטיק ,אדער שטותים ,נאר דברי איז דער בעלזער רב ווידער ארויסגעקומען און געזאגט,
תורה .דאס איז די עבודה ,זיך אריינצוטון .ס'איז אלול. "מען קען נישט אוועקשיקן א אידן .איך האב געזאגט איך
וויל זיי נישט מקבל זיין ,איך וויל נישט אז זיי זאלן יעצט
אין דער אלטער היים פלעגט מען פאסטן .מיר קענען
אריינקומען .אבער א איד טאר נישט אויספירן זאלן זיי
נישט פאסטן ,אבער מיר קענען זיך דערווייטערן פון
טאקע אריינקומען ".דאן זענען עטליכע מענטשן מיט
תאוות .למשל ,נישט גיין יעדן טאג אין שויער ,און אפילו
יא
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר די פריערדיגע דורות. אויב איך נעם א שויער ,דארף עס נישט זיין הייס וואסער;
און וואס איז מיט אונזערע דורות? אין אונזערע דורות עס קען זיין לוילעך .מ'דארף נישט אזויפיל זייף .נישט
דארף מען ברעכן די תאוות .אויב מ'איז אינמיטן עסן ,זאל קראצן ,זיך נישט ווייקן אין מקוה .נישט זיך אויסצירן,
מען זיך אפשטעלן .ווען ס'איז שרעקליך ציענד צו עסן, נישט זיך שיין מאכן ,נישט זיין פארנומען מיט אויסזען
זאל מען זיך אפשטעלן .מ'זאל נישט אריינלייגן צופיל אין גוט און אטראקטיוו דורכאויס די הייליגע טעג .אלע די
מויל .מ'זאל נישט עסן אלעס אויף איינמאל .מ'זאל מאכן זאכן זענען ווי תעניתים און סיגופים .אלע די זאכן זענען א
א הפסק .ס'איז זייער שווער .עס שטייט אין מגיד מסירת נפש .אז דער גוף זאל אביסל ליידן .עס האט דאך
מישרים ,פרשת ויקרא ,אז אויב איינער האלט זיך איין פון געזינדיגט ,נאך אלעם .מען ווייזט אז מען טוט תיקונים,
זיינע תאוות און מאכט א הפסק אינמיטן א תאוה ,ווערט דאס איז אנשטאט תעניתים און סיגופים.
עס גערעכנט ווי ער וואלט געפאסט אינמיטן טאג .רבי
דער בן איש חי ברענגט אז אין חודש אלול זאל מען
משה ארי' פריינד זאגט אז דאס איז די עבודה פון אלול
פרובירן אויפצושטיין פארטאגס ,אוועקנעמען פון
און תשרי :עסן ווייניגער ,נישט עסן קיין נאש ,נישט עסן
שלאף ,אמת'דיג זיך מצער זיין ,צו זיין א בעל תשובה .גיין
קיין איבעריגע קוקיס ,נישט טרינקען צופיל .מ'זאל זיך
ווייניגער שפאצירן ,היטן שבת מיט מער קדושה און
שטארק מתגבר זיין אויף די תאוות .דער וועג פון עסן זאל
טהרה ,דאווענען מער ,און וויינען צום אויבערשטן ער זאל
זיין א קאמף .מ'זאל זיך איינהאלטן פון עסן עפעס וואס
האבן רחמנות אויף אונז ,אונז מוחל זיין .מען דארף וויינען
מ'האט ליב בכלל .און אויב מ'מוז עס עסן ווייל דאס איז
צום אויבערשטן ,זיך אויסרעדן צום אויבערשטן ,ווייזן אז
די עסן וואס מ'באקומט ,זאל מען נעמען א שטיקל און
מיר גלייבן און מיר ציטערן פון דעם יום הדין.
ווארטן .מ'זאל זאגן א קאפיטל תהלים .מ'זאל ליינען א
מעשה פון א צדיק .מ'זאל לערנען עפעס פון א ספר. דער בן איש חי ברענגט א מורא'דיגע זאך :א מענטש
מ'זאל זיך איינהאלטן פון תאוות בכלל ,און פון עסן מיט זאל נעמען געוויסע סיגופים אויף זיך און האבן רחמנות
תאוה .און מ'דארף זיך טאקע איינהאלטן פון עסן אויף זיך אליין" ,אוי ,וויי איז מיין גוף ,אז עס מוז זיך אזוי
נארישקייטן .מ'דארף נישט אזויפיל עסן ,אפילו א גאנץ פייניגן ,אז עס מוז זיין אזוי שווער ".ער זאל פארמינערן
יאר .מ'קען זיך אפשר נישט איינהאלטן ,אבער אין אלול זיין שלאף ,זיך שטארקן ,און האבן רחמנות אויף זיך .און
און תשרי מוז מען זיך קענען איינהאלטן. דאס וועט אויפוועקן דעם רחמנות פון הקב"ה אויף אונז,
די אידישע קינדער.
אזוי ווי רבינו יונה ברענגט ,ווען א מענטש עסט און
האט א תאווה צו עסן נאך ,זאל ער נישט נאכגעבן די א זייער וויכטיגע זאך אין חודש אלול איז זיך צו
תאווה .דאס זעלבע איז געזאגט געווארן ,ווען א מענטש שטארקן וועגן דעם סוף זמן קריאת שמע ,דעם ערשטן
האט א תאווה צו זאגן פאר עמיצן עפעס; ער זאל זיך סוף זמן קריאת שמע ,און דעם סוף זמן תפילה .מען זאל
איינהאלטן .ווען ער האט א תאווה צו דערציילן א מעשה דאווענען מנחה אין צייט ,נישט אריינפאלן אין מנחה
וואס ער האט געזען ,זאל ער זיך איינהאלטן .מען זאל אינמיטן א שמועס אדער אינמיטן דער ארבעט .גרייט זיך
נישט רעדן קיין איבריגע דיבורים .צדיקים האבן צו צען ביז פופצן מינוט פאר מנחה אז מען גייט דאווענען
אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין "תענית דיבור" .טעג און מנחה .גרייט זיך צו צען ביז פופצן מינוט פאר מעריב אז
שעות פלעגן אריבערגיין וואו זיי האבן זיך איינגעהאלטן מען גייט דאווענען מעריב .מען דארף הארעווען אין
פון רעדן .זיי האבן זיך איינגעהאלטן פון קוקן ,פון ניצן חודש אלול און תשרי ארויסצוזאגן די ווערטער
זייערע אויגן פאר נארישע זאכן .און אזוי אויך ,אלע פאמעליך ,הויך ,און קלאר ,מיט כוונה .מען דארף זען אז
אנדערע אברים וואו עס איז דא א תאווה ,האלט מען זיך ווען מען מאכט אשר יצר ,ווען מען זאגט די ברכות
איין .מען האלט זיך איין פון ווערן אין כעס .מען האלט זיך השחר ,און אנדערע ברכות ביים עסן ,אז עס איז חודש
איין פון מאכן א מחלוקת .מען האלט זיך איין פון טון זאכן תשרי .עס איז אן אנדערער אופן פון זאגן די ברכות:
וואס שטערן דעם עבודת השם און וואס ברענגען תאוות. פאמעליך ,הויך ,קלאר ,מיט כוונה ,מיט ווארעמקייט ,און
מיט ערנסטקייט .דאס איז חודש אלול.
המשך יבוא אי"ה
רבי משה ארי' פריינד ברענגט אין זיין ספר אז די עיקר
תשובה איז תעניתים ,סיגופים און פייניגען זיך .אבער
קול פנים מאירות
שיעורי כ"ק מרן אדמו"ר מפנים מאירות סיקסא שליט"א
צענטראלע נומער| 845-414-0076 :א"י | 072-370-1823 :ענגלאנד| 0330-350-3190 :ארגענטינע:
| 5411-2152-7691אנטווערפן| 323-346-0673 :מאנטריאל438-228-2500 :
יב
קונטרס
מאר
ﬣזמן באידיש
מאמרי
כ"ק מרן אדמו"ר
שליט"א
יצא לאור
על ידי מערכת פנים מאירות סיקסא
אלול תשפ"ה
ב
מאמר :אונזער גרויסער כח פון זאגן
'מאה ברכות' יעדן טאג
די בעסטע הכנה און קבלה טובה ,אין די
הייליגע טעג
סעודת רעוא דרעוין .קומענדיגע וואך גייט שוין זיין חודש אלול .ס'כאפט א פחד
נורא .עס איז דורכגעגאנגען א יאר .עס איז א זמן פון תשובה ,א זמן פון חשבון הנפש.
עס איז שוין מברכים אלול ,עס איז שוין ערב ראש חודש אלול .עס איז א זמן וואס א
איד דארף זיך מעורר זיין און זיך אויפוועקן און זיך אריינטראכטן און מאכן א חשבון
הנפש ,מאכן קבלות טובות.
ווען מען גרייט זיך צו די הייליגע טעג ,צו די ימים נוראים ,ימים של שמחה ,ימי
הרחמים והרצון ,ימי הדין .דער הייליגער באשעפער ווארט אויף די אידישע קינדער .די
אידישע קינדער זאלן זיך צוריקקערן ,די אידישע קינדער זאלן טון וואס איז ריכטיג
און נאר טון א נחת רוח פארן אייבערשטן.
פאר אן הקדמה צו חודש אלול האבן מיר געליינט אין די וואכעדיגע פרשה ועתה
ישראל מה ה' אלוקיך שואל מעמך כי אם ליראה .זאגט רש"י הקדוש הייליגע ווערטער:
"ובכל מה שחטאתם לפניו" -מיט דעם אלעם וואס איר האט געזינדיגט פארן
אייבערשטן " -אינו שואל מכם כי אם ליראה" ,וואס סך הכל בעט ער נאר אז מען זאל
מורא האבן פונעם אייבערשטן.
פרעגט דער הייליגער שם משמואל :לכאורה דארף מען פארשטיין וואס זאגט
רש"י .אין פסוק שטייט דאך ווייטער נישט נאר "ליראה" ,נאר עס שטייט אויך "ללכת
בכל דרכיו ולאהבה אותו ולעבוד את ה' אלוקיך בכל לבבך ובכל נפשך ולשמור את
מצות ה "' וגו' .עס שטייט דאך אלעס אין פסוק אויסגערעכנט :יראת ה' ,אהבת ה' ,קיום
מצות עשה ,זיין אפגעהיטן פון א לא תעשה .וואס איז פשט אז רש"י זאגט אז עס
שטייט נאר "כי א ם ליראה" ,ווען ס'שטייט א גאנצע פסוק ווייטער אויסגערעכנט
בפרטיות וואס דער הייליגער באשעפער פאדערט פון אונז?
ג
זאגט דער הייליגער שם משמואל :ס'איז דא א מדרש אין תהלים .דוד המלך זאגט
"אחת שאלתי מאת ה' אותה אבקש" -ער בעט נאר איין בקשה .האט אים דער
הייליגער באשעפער געזאגט" :קודם זאגסטו 'אחת שאלתי ...שבתי בבית ה'' -דו
ווילסט זיצן אין דעם בית ה' כל ימי חיי ,און נאך דעם גייסטו און בעטסט 'לחזות בנעום
ה' ולבקר בהיכלו' .איך האב געמיינט אז דו בעטסט נאר איין בקשה ".אמר לפניו -האט
דוד המלך געזאגט פארן רבונו של עולם" :לא יהא העבד שוה לרבו" -זאל דער עבד
נישט זיין גלייך צו זיין הער? בתחילה שרייבסטו אין די תורה "ועתה ישראל מה ה'
אלוקיך שואל מעמך כי אם ליראה" ,און דערנאך הייבסטו אן "ללכת בכל דרכיו
ולאהבה אותו" און אזוי ווייטער" .די לעבד שיהא כרבו" -אזוי האב איך געזען אין די
תורה ,און איך טו אויך אזוי" :אחת שאלתי מאת ה'" און איך בעט נאכדעם אסאך
בקשות.
וואס איז דער פשט פון דעם מדרש? זאגט דער שם משמואל מורא'דיגע,
יסודות'דיגע ווערטער .זאגט ער אזוי :דער הייליגער באשעפער איז מדות טיבו -די
טבע כביכול פון דעם הייליגן באשעפער איז ,להיטב לברואיו ,צו גוטס טון פאר זיינע
אידישע קינדער ,פאר זיינע באשעפענישן .זאגט ער ,דער הייליגער באשעפער וויל
גוטס טון ,ממילא גיט ער אריין אין די הערצער פון אידישע קינדער "ללכת בכל דרכיו
ולאהבה אותו ולעבוד את ה' אלוקיך בכל לבבך ובכל נפשך" .דער הייליגער באשעפער
גיט אריין אין די מחשבות ,אין די געפילן ,אין די הרגשים ,אז דער מענטש זאל וועלן
מקיים זיין דאס "ללכת בכל דרכיו ולאהבה אותו ולעבוד את ה' אלוקיך" .דער הייליגער
באשעפער גיט עס אים אלס א מתנה .דער הייליגער באשעפער ברענגט אים אריין די
בענקעניש ,די ליב שאפט ,ווייל דער אייבערשטער וויל טון מיט אים נאר גוטס .אבער
עס שטייט דאך אין חז"ל "הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים" -יראת שמים קען אונז
נישט דער באשעפער אריינגעבן אין אונזער הארץ אלס א מתנה .און אז מען האט
נישט קיין יראת שמים ,קען מען נישט מקיים זיין דאס "ללכת בכל דרכיו ולאהבה
אותו" ,ווייל יראת שמים איז "זה השער לה' צדיקים יבואו בו" -יראת שמים איז דאך
דער שער פון אלע עבודת ה' ,פון אלע מדות.
די גמרא ברענגט אין שבת לא .אז יראת שמים איז דומה צו א גזבר ,צו א שומר,
צו א גבאי ,וואס מען האט אים איבערגעגעבן די שליסלעך פון די אינעווייניגסטע
אוצר ,און די אויסערליכע שליסלעך האט מען אים נישט געגעבן" .בהי עייל" -ווי קען
ער אריינגיין? רבי ינאי האט אויסגערופן" :חבל" -א שאד אויף דער "דלית ליה דרתה,
ותרעה לדרתה עבד" -ער האט נישט קיין הויף און ער מאכט א טויער פארן הויף .ער
ל ערנט תורה און ער האט נישט קיין יראת שמים .רבי יהודה זאגט" :לא ברא הקב"ה
את עולמו" נאר מיט די תכלית "כדי שיראו מלפניו" -יראת שמים! "ואלקים עשה
עולמו כדי שיראו מלפניו" -ס'זאל זיין א יראת הרוממות ,א יראה עליונה ,א יראה
תחתונה ,א יראה עילאה ,אבער עס דארף זיין יראה.
ד
ממילא זאגט ער אזוי :דער הייליגער באשעפער שואל מעמך כי אם ליראה ,אז דו
וועסט האבן יראה ,געט דיר דער אייבערשטער א ברכה .דו וועסט זען ,איך וועל דיר
העלפן אז עס זאל זיין ללכת בכל דרכיו ולאהבה אותו ולעבוד את ה' אלוקיך בכל לבבך
ובכל נפשך ולשמור את מצות ה' .מורא'דיגע ווערטער! דו לייג אריין יראה ,פתחי לי
פתח כחודו של מחט ,און איך וועל דיר שוין געבן א מתנה .איך וועל מאכן אז דיין
הארץ ,דיינע איברים ,דיינע גידים זאלן זיך אריינקאכן אין די איבריגע עבודת ה' וואס
פעלט זיך אויס .לייגט דער שם משמואל צו מורא'דיגע ווערטער :ער קען נישט
פארשטיין ווי אזוי איז דא א מענטש וואס גלייבט אין דעם באשעפער ,וויאזוי איז דאס
מעגליך אז ער זאל נישט האבן קיין יראת שמים.
די גמ' ברענגט אין ברכות כח ,ווען ר' יוחנן בן זכאי איז געווארן נישט געזונט,
זענען אריינגעקומען די תלמידים אים צו מבקר חולה זיין .ווען ר' יוחנן בן זכאי האט
געזען זיינע תלמידים ,האט ער אנגעהויבן וויינען .האבן די תלמידים געזאגט" :נר
ישראל עמוד הימיני פטיש החזק" ,דער מענטש וואס די גאנצע וועלט שטייט אויף
דיר ,דו לייכט סט אויף די וועלט ,וואס וויינסטו? פארוואס האסטו מורא? די תלמידים
האבן נישט געקענט פארשטיין ,די גאנצע וועלט האלט זיך אויף ר' יוחנן בן זכאי ,ער
ברענגט א לעכטיגקייט אויף די וועלט ,און ער האט מורא? ער האט מורא פון יענע
וועלט? האט ער געזאגט אז ווען מען וואלט אים געפירט צו א בשר ודם וואס היינט
איז ער דא און מארגן איז ער א ין קבר ,און ווען ער ווערט אין כעס אויף עפעס איז עס
נישט קיין כעס של עולם ,ווען ער שפארט אים איין אין תפיסה בלייבט ער נישט
איינגעשפארט אין תפיסה אויף אייביג ,טאמער ער הרג'עט אים ווערט ער נישט
געהרג'עט אויף אייביג ,עס איז דאך דא אן עולם הבא ,און מען קען אים מפייס זיין
בדברים ,מען קען אים משחד זיין מיט געלט ,און אפילו אזוי וואלט איך געוויינט ,איך
וואלט געציטערט.
איצט אז מען פירט מיר צו דעם מלך מלכי המלכים הקב"ה וואס ער איז חי וקים
לעולם ולעלמי עולמים ,אויב ער ווערט אין כעס איז עס א כעס עולם ,אז ער שפארט
איין איז עס אן איסר עולם ,אז ער איז ממית איז עס א מיתת עולם ,און מען קען אים
נישט איבערבעטן מיט דברים ,מען קען אים נישט משחד זיין בדברים ,און נאך מער,
עס זענען דא צוויי דרכים לפני ,אחת של גן עדן ואחת של גהינם ,און איך ווייס נישט
וואו מען פירט מיר ,זאל איך נישט וויינען? זעט מען פון דעם וואס מיינט יראת שמים.
ר' יוחנן בן זכאי וואס איז געווען דער עמוד הימיני ,פטיש החזק ,די גמרא ברענגט
ארויס וואס איז געווען ר' יוחנן בן זכאי'ס יראת שמים .דאס איז געווען ר' יוחנן בן זכאי,
אלעס ארום איז געקומען אונטער דעם.
ה
"נו ,כאפט א פחד וואס וועט זיין מיט אונז?" דער שם משמואל לאזט אונז נישט
איבער ,ער העלפט אונז ארויס .די גמרא זאגט אין ברכות סא אז דער יצר הרע איז
דומה לזבוב און ער זיצט בין שתי מפתחי הלב .וואס טוט ער? ער פארשטאפט דעם
הארץ ,ער לאזט נישט דארט אריינגיין די הארות שכליות ,די לעכטיגקייטן ,די
התרגשות ,די התעוררות ,די בענקעניש פון דעם מענטש צו רוחניות .ער זיצט דארט
ביי די מפתחי הלב און ער פארשטעלט דעם טויער.
אבער עס שטייט אין פסוק "ומלתם את ערלת לבבכם" .זאגט דארט רש"י אז
"אוטם הלב וכיסויו" דאס איז דער יצר הרע וואס ער איז דומה לזבוב .אז דו וועסט
אויפעפענען די טויער ,דו וועסט נעמען דעם זבוב ,דו וועסט אים רוקן אין א זייט,
זאגט דער פסוק "וערפכם לא תקשו עוד" -עס וועט שוין נישט זיין אזא שוועריקייט.
חז"ל זאגן אין ברכות טז" :הוא יצר הרע ,הוא השטן ,הוא מלאך המות ,הוא ס"ם
וכת דיליה" .דער שטן ,דער מל אך המות ,דער ס"ם ,דאס איז די זעלבע זאך .יעצט זאגט
ער אזוי :ס"ם איז דאך ס"ם מיט א"ל -די אותיות וואס זענען נישט גוט .וויפיל
באטרעפט עס? הונדערט .די אותיות וואס זענען יא גוט זענען די אותיות א-ל " -חסד
א-ל כל היום" .לעתיד לבוא וועט דער באשעפער שעכטן דעם יצר הרע .וואס מיינט
דאס? ער וועט אפטיילן צווישן די אותיות ס"ם און די אותיות א"ל .די אותיות ס"ם
וועלן שוין נישט באקומען קיין השפעה פון דעם הייליגן באשעפער פון די אותיות
טובות .עס וועט נאר איבערבלייבן א-ל -די צד הקדושה .די אותיות ס"ם איז
הונדערט .עס זענען דא הונדערט כוחות וואס רייצן אויף דעם מענטש'ס הארץ ,אויף
די מפתחי הלב ,און עס לאזט נישט אריינקומען די הרגשים של קדושה .עס לאזט
נישט דעם מענטש אז ער זאל זיך קענען נאנט ברענגען צום אייבערשטן .און וואס
האבן חז"ל געטון צו דעם? זיי האבן מתקן געווען די מאה ברכות וואס מען זאל זאגן
יעדן טאג .דורך דעם וואס א איד זאגט מאה ברכות יעדן טאג ,באהעפט ער זיך צו די
קדושה ,און ער נעמט אוועק די הונדערט כוחות ,און ממילא קען ער צוקומען צו יראת
שמים.
יראת שמים ,זאגט דער שם משמואל ,דארף יעדער איד האבן וואס גלייבט אז עס
איז דא א באשעפער .עס איז א מציאות אז א מענטש טראכט זיך וואס טוט זיך אויף
דער וועלט ,אז דער אייבערשטער איז אחד יחיד ומיוחד והוא עשה ועושה ויעשה לכל
המעשים .אויטאמאטיש ברענגט עס יראת שמים .נאר וואס דען? עס זענען דא די
הונדערט כוחות וואס שטייען אויף די פתחי הלב ,דער ס"ם וואס לאזט דאס נישט
שפירן .און דורך מאה ברכות טוען מיר צוברעכן די הונדערט כוחות און די הארץ
ווערט אויפגעעפנט ,עס זאל קענען אריינגיין די התרגשות ,די התעוררות ,דער אור פון
דער נפש השכלי ,די הויכע כוחות וואס א איד האט.
ו
דער שם משמואל זאגט דארט אן אינטערעסאנטע זאך :שבת איז כל דינין
מתעברין מינה ,עס איז נישט דא קיין סטרא אחרא ,זיי זענען אין דער נוקבא דתהומא
רבה .די זעלבע זאך האט דער מענטש נישט די כוחות הרע ווי א גאנצע וואך ,עס איז
נאר א רושם פון די כוחות הרע .ממילא ,זאגט ער ,אז מדינא דארף מען נישט מאכן קיין
מאה ברכות אין שבת.
די עקידה ברענגט אין פרשת שלח אז שבת איז נישט דא קיין ענין צו האבן מאה
ברכות ,ווייל מאה ברכות איז מתקן געווארן צו מעורר זיין א מענטש אז ער זאל נישט
הנאה האבן פון דער וועלט יותר מכדי צורכו .שבת ,אז עס איז דא א נשמה יתירה און
פון דעם עונג שבת און פון דער תורה וואס ער לערנט מער אין שבת ,קען ער צוקומען
צו שלימות אן די מאה ברכות .דער בן איש חי ברענגט עס אויך אין פרשת וישב.
למעשה זענען דא אסאך חולקים אויף דעם .אין שלחן ערוך שטייט אז מען זאל
משלים זיין די מאה ברכות .אנדערע ווילן זאגן אז ס'מיינט ממידת חסידות ,נישט
מדינא .עכ"פ ,וואס דער שם משמואל מיינט איז אז אשר תקנו ,אז לויט וואס מען האט
מסדר געווען ,קומט נישט אויס אז מען זאל משלים זיין די מאה ברכות .מען דארף טון
פעולות צו אנקומען צו דעם ,אבער אין דעם סדר היום איז נישט דא קיין מאה ברכות
ווייל עס איז נישט דא קיין ס"ם .זעען מיר פון דעם אז דער איינציגסטער כח וואס מיר
האבן צו אוועקרוקן דעם ס"ם פון אונזער הארץ איז די מאה ברכות.
די גמרא ברענגט אין ברכות לג" :אטו יראה מלתא זוטרתא הוא?" ענטפערט די
גמרא" :אין ,לגבי משה מלתא זוטרתא הוא ".די מפרשים שטעלן זיך :וואס האט די
גמרא געענטפערט? איך האב דען נאר געפרעגט אלץ משה רבינו? אויף דעם זאגט ער:
יא ,וויבאלד די גאנצע מניעה צו צוקומען צו יראה איז דורך דעם וואס די הארץ האט א
פארשטאפאכץ (אזוי ווי מען האט פריער אראפגעברענגט פון רש"י) ,און משה רבינו,
וואס די שכינה האט גערעדט מתוך גרונו ,האט געזאגט "ומלתם את ערלת לבבכם"
(דורך די מאה ברכות ,ווי פריער געשמועסט) .איז ביי משה רבינו איז עס אזוי געווען -
"בדבר ה' שמים נעשו"" .לגבי משה מלתא זוטרתא הוא" -יא ,ווייל משה רבינו האט
געהאט דעם ריכטיגן יראת שמים .דאס איז דער תירוץ .און אז דו וועסט האבן די
ריכטיגע יראת שמים ,וועט עס ביי דיר אויך געשען ,ווייל משה רבינו האט געזאגט
"ומלתם את ערלת לבבכם" -איז עס א מציאות אז עס גייט געשען " -בדבר ה' שמים
נעשו" .וואס די תורה פאדערט פון דיר איז מאכן די מאה ברכות בכוונה (און אזוי וועט
מען קענען צוקומען צו "ומלתם את ערלת לבבכם" -צו יראת שמים).
די גמרא ברענגט אין ברכות לג און אין מגילה כה" :ועתה ישראל מה ה' אלוקיך
שואל מעמך כי אם ליראה" .אטו יראת שמים מלתא זוטרתא הוא? און ר' חנינה זאגט
משם ר' שמעון בר יוחי :אין לו להקב"ה בבית גנזיו אלא אוצר של יראת שמים .די בית
ז
גנזיו פון הקב"ה איז דער אוצר של יראת שמים ,שנאמר "יראת ה' היא אוצרו".
ענטפערט די גמרא :לגבי משה מלתא זוטרתא הוא.
עס איז דא א הפלא'דיגער מהרש"א אין מנחות מג .זאגט דער מהרש"א אזוי" :מה
ה' אלוקיך שואל מעמך" -זאגט די גמרא :אל תיקרי מה אלא מאה .די מאה ברכות ה'
אלוקיך שואל מעמך .ווייסט פארוואס? ווייל דאס ברענגט "כי אם ליראה" -דאס
ברענגט יראת שמים ,אזוי זאגט דער מהרש"א הקדוש .ממילא איז עס א גרויסע זאך,
יא ,ס'איז א גרויסע זאך .מאה ברכות ה' אלוקיך שואל מעמך -פארוואס? "כי אם
ליראה" -ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג צו צוקומען צו יראת שמים.
דארף מען קודם אין דעם גוט אריינטראכטן .עס איז נישט פשוט ,דאס איז נישט
סתם א מלתא דחסידותא ,עס איז נישט סתם א זאך וואס מען דארף אזוי טון אגב'דיג
און עס איז נישט א זאך וואס מען קען טון מצות אנשים מלומדה .דאס איז א זאך וואס
בר ענגט אונז די תכלית החיים ,דאס איז די זאך וואס נעמט אוועק די מאה כוחות פון
דעם ס"ם פון דער הארץ ,און עס ברענגט אז מיר זאלן קענען מקיים זיין "ללכת בכל
דרכיו ולאהבה אותו" .עס ברענגט אז מיר זאלן קענען צוקומען צו תורה ,עבודה און
יראת שמים ,אהבת ה' און אלע מדריג ות און אלע דביקות הבורא וואס איז נאר שייך.
דער הייליגער ישמח משה ברענגט אזוי" :כי בצלם אלקים עשה את האדם" -
ס'דארף זיין א יראת שמים אויפן פנים פונעם מענטש " -מבשרי אחזה אלוק" .יעצט
זאגט דער ישמח משה אזוי" :נקל מאד לבוא ליראה השלימה על פי שכל" -וועסט דיך
א ריינטראכטן ,וועסטו זען אז עס איז זייער גרינג צו צוקומען צו יראת שמים .דער
רמב"ם ברענגט אין ספר המדע הלכות יסודי התורה פרק ד' הלכה י"ב דעם ענין.
זאגט דער ישמח משה "לית אתר פנוי מיניה" ,אז דער מענטש טראכט אז דער
גאנצער וועלט איז "מלא כל הארץ כבודו" קען מען צוקומען צו יראה.
"יראו את ה' קדושיו" " -יראו" איז א לשון פון ראיה און א לשון פון יראה .אז מען
טראכט זיך אריין און מען זעט וואס טוט זיך אויף דער וועלט ,קומט מען צי צו יראה.
"בכל דרכיך דעהו" -עס איז אזוי שווער צו האבן יראת שמים ,אזוי רעדט זיך אויס
דער ישמח משה .זאגט אבער דער ישמח משה אז די קשיות קומען דורך א מסך
המבדיל ,די זוהמה וואס קומט פון דעם נחש הקדמוני .אזוי ווי ר' חיים וויטאל אין שער
ה קדושה ברענגט ,אין די כוחות הטומאה זענען דא הונדערט כוחות.
די גמרא ברענגט אין מסכת פסחים קי אז "מאה וחד ופקע שידא" .חז"ל זאגן אין
מסכת חגיגה דף ט" :אינו דומה מי ששונה פרקו מאה פעמים לשונה פרקו מאה פעמים
ואחד" ,ווייל דער תוקף הטומאה איז מאה ,און אז מען לערנט תורה מאה ואחד און מען
ח
איז אריבערגעגאנגען דעם מאה ,האט מען מבטל געווען די מאה פון די קליפות.
בלייבט איבער די אותיות א-ל וואס דאס איז אונז מחיה ,וואס דאס איז די צד הקדושה,
אזוי זאגט דער ישמח משה .בדרך השכל וואלטן מיר געדארפט האבן יראת שמים,
אבער עס איז דא א ס"ם ,עס איז דא א הונדערט וואס האט גרויסע כוחות וואס מאכט
אונז קשיות און מאכט א מסך המבדיל .אבער אויב ס'איז דא מאה קעגן דעם פון דער
צד הקדושה ,ווערט עס בטל.
זאגט דער ישמח משה די ווערטער :א יעדן טאג ווערט א מענטש א בריאה
חדשה ,און פונקט אזוי ווי די קדושה ווערט נתחדש ,זה לעומת זה חלילה ווערט אויך
נתחדש די כוחות הטומאה ,און כנגדם זענען די מאה ברכות .זאגט ער אבער אז עס
דארף זיין געמאכט באמת ובלב שלם לקרב בהם אל השי"ת -די ברכות זאלן אונז
נאנט ברענגען צום אייבערשטן ,און ובכל ברכה מסיר כח אחד מס"ם ובזה שהוא מברך
מאה ברכות וועט אוועקגיין פון אים די כוחות הטומאה און דער מסך המבדיל ,און
דעמאלט וועט ער זען אז עס איז טאקע גרינג צו זיין א ירא שמים ,דעמאלט וועט ער
זען אז די יראת ה' איז א לייכטע זאך ,עס איז נישט קיין שווערע עבודה.
כי בצלם אלקים ברא את האדם (אז די יראת שמים דארף מען קענען זען אויפן
פנים) ,און אזוי ווי ער האט פריער אויסגערעכנט די אלע פסוקים און מאמרים
פארוואס עס איז נישט שווער צו זיין א ירא שמים.
(האבן מיר שוין אראפגעברענגט דעם מהרש"א פון) אל תקרי מה אלא מאה וואס
דאס ווייזט אז עס איז לייכט צו זיין א ירא שמים( ,און מיט דעם איז פארענטפערט די
קשיא פון די גמרא) אטו יראה מלתא זוטרתא הוא? און דער תירוץ איז יא ,ס'איז לייכט.
די לייכטקייט איז אז דו דארפסט מאכן מאה ברכות בכוונה.
די ברכות דארפן געזאגט ווערן ,ארויסגעזאגט יעדעס ווארט און אינזין געהאט די
פירוש המילות .מען דארף אריינלייגן א ווארעמקייט דערין .געדענק ,אין די מאה
ברכות האסטו רעוואלווערס ,שיסערס ,שווערדן ,פיילן און בויגנס אוועקצושיסן א כח
פון די סטרא אחרא .אז מען זאגט א ברכה "מממממ ,"...איז זייער שווער .עס איז א
צובראכענער ריוואלווער ,ס'איז נישט קיין אויסגעשארפטער שווערד .ער איז פגום,
ער האט נישט די כוחות צו צוברעכן דעם יצר הרע .כדי צו קענען געבן א שניט אדורך
איין כח פון דע ר סטרא אחרא ,דארף מען האבן אויסגעשארפטע מעסערס ,גוטע
ריוואלווערס ,גוטע שווערדן און גוטע שיסערס ,אז מיט איין שלעפ זאל עס געבן א
גוטן שאס אריין אינעם ס"ם ,עס זאל פארטיליגן מיט איין קול .מען דארף נישט מער ווי
אז די פייל זאל קענען צילן אין ציל אריין .ווען מען מאכט א ברכה הויך ,שטייט מיט
כוונה ,מיט א דביקות הבורא ,דורך דעם וועט שוין די יראת שמים אנקומען ,און די
ט
יראת שמים וועט שוין ברענגען די אהבת ה' ,די לימוד התורה און די ללכת בכל דרכיו,
הפלא ופלא.
דער בן איש חי אין פרשת פנחס שרייבט מורא'דיגע ווערטער .ער שרייבט אזוי:
די כח און די מלחמה פון א איד מיט די כוחות הטומאה און די קליפות איז בפה ,מיט די
מויל .אלע כלי מלחמה מיט דעם ס''ם האבן מיר בפה ,און פאר דעם האבן אונז די חז''ל
מתקן געווען אז יעדע מאל פאר מיר נעמען אריין עפעס צו עסן און צו טרינקן ,דארף
מען מאכן א ברכה פ ארן הייליגן באשעפער .ווייל דער יצר הרע איז זיך מתקנא און ער
רייצט זיך מיט א איד מיט זיין מויל מער ווי אלע אברים .זאגט דער בן איש חי ,די
גרעסטע קאמפעטישן ,די גרעסטע נגדי וואס דער יצר הרע האט ,איז די פה פון א
אידיש קינד .דארט שטעלט ער אן זיין גאנצן מלחמה אפאראט ,און דער איד דארף
אויפשטעלן א מלחמה קעגן דעם יצר הרע מיטן פה .עס איז נישט דא א זאך וואס דער
יצר הרע האט אזא התגברות אויפן מענטש ווי אויפן פה ,אזויווי תאות אכילה און
שתיה .פארדעם האבן חז''ל מתקן געווען א ברכה אויף יעדע מאכל און אויף יעדע
טרינקן וואס א א יד עסט אדער טרינקט ,כדי די מאכל און די טרינקן זאל נישט
ברענגען א שעדיגונג ,א קלקול אויפן מענטש דורכן מלחמת היצר .אדרבה ,דורך די
ברכה ווערט מתחזק די כלי מלחמה של האדם ,עס שארפט אויס זיין כלי מלחמה וואס
ער האט אין די פה צו מכניע זיין דעם יצר הרע.
וועגן דעם ז אגן חז"ל ,וואס דער אר"י הק' ברענגט ,אז ווען איינער איז מזלזל אין
ברכות הנהנין חלילה וחס ,ברענגט עס חלילה חלילה אז מען זאל פוגם זיין ,ווייל עס
ברענגט א שליטה פונעם פארקערטן זייט .און להיפוך ,ווען איינער איז נזהר בברכות
הנהנין ,זאגט דער בן איש חי "שהוא ימשול ביצר הרע" א געוואלדיגע ממשלה .ער
וועט צוקומען צו א תיקון גדול עצום ורב .אזוי שרייבט ער מיט די לשון" :על כן
זאלסטו זען כמה וכמה צריך ליזהר" וויפיל א מענטש דארף זיין געווארנט מיט ברכות,
און ער זאל נישט מאכן קיין ברכות לבטלה ,און ער זאל זען ארויסצוזאגן די ווערטער
בכוונה גדולה" .ואז טוב לו וטוב לעולם" -איז גוט פאר אים און עס איז גוט פאר די
גאנצע וועלט.
און דער הייליגער באשעפער האט אין די היינטיגע וועלט פון נסיונות
אריינגעלייגט א געפערליכן נסיון אויף דעם ענין פון מאה ברכות ,אז מען זאל עס
אונטערכאפן און זאגן מיט א שנעלקייט האלבע ווערטער אונטער די נאז און נישט
בכוונה ,אזוי כאפנדיג .דער הייליגער באשעפער זאל שומר ומציל זיין .מיר דארפן די
ברכות ,מיר דארפן אז די ברכות זאלן אונז ברענגען צו יראת שמים ,וואס יראת שמים
ברענגט שוין אלעס .אן דעם האבן מיר נישט יראת שמים און מיר האבן נישט אהבת ה'
און מיר האבן נישט אהבת התורה ,מיר האבן נישט הבנת התורה ,מיר זענען נישט אין
די תורה ווי עס באדארף צו זיין.
י
עס איז א מתנה וואס דער רבונו של עולם האט אונז געגעבן ,אבער א מענטש
זאל זיך אריינטראכטן וויפיל מאל שפירסטו "איך האב נישט די קאפ צו לערנען ,איך
האב נישט די קאפ צו דאווענען ,איך האב נישט די חשקות התורה ,איך האב נישט די
אהבת ה'" .אזוי פארשלאפן ,אזוי פארלאשן ,אזוי מיואש ,אזוי נאכגעלאזט .וואס טוט
זיך מיט די מאה ברכות ,די ס''ם כוחות ,די הונדערט כוחות אויף די מפתחי הלב? ווי
אזוי האסטו געזאגט די ברכות? וויאזוי האסטו געמאכט די "שהכל נהיה בדברו" ,די
"בורא נפשות" ,די ברכת המזון ,די ברכות התורה ,די ברכות פארן דאווענען און ביים
דאווענען? וויאזוי האסטו געזאגט די ברכות ביי שמונה עשרה ,ביים ליינען? מען דארף
זיך אריינטראכטן וויאזוי עס קוקט אויס אונזערע ברכות ביים עסן ,אונזערע נאך -
ברכות .דאס איז אונזער יסוד ,דאס איז אונזער געווער ,אונזער כלי זיין ,אונזער כלי
מלחמה ,און דאס איז אונזער אונטערהאלטערס .נאר אזוי קען מען אנקומען צו די
ריכטיגע יראה ,וואס דאס איז די שער לה' ,און נאר אזוי קען מען אנקומען צו די מתנות
פון "ללכת בכל דרכיו ולאהבה אותו" .פון איין זייט איז עס א דבר קל ,און פון דער
אנדערער זייט איז עס א גאר גרויסע זאך.
עס האט פאסירט אין די צייטן פון דעם הייליגן אור החיים .עס איז געווען א
גרויסער עושר איד מיטן נאמען ר' יהושע שפארטוס ,וואס איז געווען א גרויסער עם
הארץ .איין טאג האט ער געקויפט א גארטן ,א פעלד פון אן אראבער ,וואס איז געווען
געבענטשט מ יט גרויסע ,שיינע ביימער וואס האבן געטראגן געשמאקע ,זיסע פירות.
עס זענען אויך געווען צוויי גוטע ,זיסע קוואלן וואס זייער וואסער איז געווען אזוי
בא'טעמ'ט אז מענטשן פלעגן הנאה האבן פון יעדן טראפן .צוויי חדשים נאכדעם וואס
ער האט געקויפט דאס פעלד ,איז ער געגאנגע ן קוקן אויף דעם ,און ער האט געטראפן
אז די צוויי קוואלן זענען אויסגעטריקנט געווארן ,נישט איבערלאזנדיג קיין זכר
דערפון .אלע געלט וואס ער האט אריינגעלייגט איז געגאנגען לטמיון און ער האט
פארלוירן זיין עשירות .ער איז געגאנגען צום הייליגן אור החיים און האט געוויינט" ,מה
פשעי ומה חטאתי? פארוואס האט דער הייליגער באשעפער אפגעטריקנט די
קוואלן?" בשעת ער האט גערעדט צום הייליגן אור החיים ,איז געווען א גלאז וואסער
דערנעבן ,און ער האט עס אויסגעטרונקען אן מאכן א ברכה .ווען דער הייליגער אור
החיים האט דאס געזען ,האט ער אויסגעשריגן" ,אוי ,יהושע ,אכן נודע הדבר! דו האסט
נישט געמאכט קיין ברכה פארן טרינקען ,און אויך נישט נאכן טרינקען .ווייל דו האסט
מזלזל געווען אין די צוויי ברכות ,זענען די צוויי קוואלן אויסגעטריקנט געווארן".
און ווען דער בעל שם טוב האט דאס דערציילט ,האט ער געזאגט" ,עס שטייט,
ישעי' הנביא זאגט 'ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה' .דאס ווארט 'ששון' האט די
גימטריא פון די 'צוויי ברכות'' ,שהכל' און 'בורא נפשות' .אויב מאכט איר די צוויי
ברכות ,וועט איר צוריקבאקומען די קוואלן פון ישועה ".דאס איז וואס דער אור החיים
יא
הקדוש האט אים געזאגט ,און יהושע שפארטוס האט תשובה געטאן און זיך מקבל
געווען צו מאכן די ברכות .דער אור החיים הקדוש האט אים אנגעזאגט אז פון
דעמאלט אן ,זאל יעדער וואס קומט טרינקען פון די צוויי קוואלן מאכן די צוויי ברכות.
נאך פיר און צוואנציג שעה זענען די קוואלן טאקע צוריקגעקומען .ער האט באמת
מקיים געווען זיין הבטחה און אנגעזאגט פאר יעדן וואס איז געקומען טרינקען פון די
קוואלן צו מאכן די צוויי ברכות מיט כוונה .שפעטער זענען מענטשן אויסגעהיילט
געווארן דורך דעם וואסער ,און מען האט געזאגט אז מען זאל טרינקען דאס וואסער
אין דעם זכ ות פון דעם הייליגן אור החיים .מען האט זיי גערופן "מעיינות חיים" (קוואלן
פון לעבן) אויף זיין נאמען.
עס ווערט אויך דערציילט אז איינמאל האבן די תלמידים פונעם הייליגן ר' משה
לייב סאסובער זי"ע געשמועסט וואס וועט זיין אויף יענער וועלט .האט זיך איינער
אנגערופן " ,וואס קען שוין זיין מיט א יונגערמאן וואס זיצט און לערנט א גאנצן טאג?
וואס פאר עבירות קען ער שוין האבן אז ער זאל מורא האבן פארן יום הדין?" האט אים
ר' משה לייב געענטפערט" ,זאלסט וויסן ,מיין קינד ,די מאה ברכות וואס א איד זאגט
יעדן טאג קענען ,חס ושלום ,ווערן הונדערט קללות; זיי קענען ווערן הונדערט
עבירות .אויב מען זאגט נישט די ברכות מיט א גאנצע כוונה ווי עס דארף צו זיין ,דאן
זענען זיי ,חס ושלום ,נישט קיין מאה ברכות ".דאס איז וואס ר' משה לייב האט
געזאגט .מיר וואגן עס נאר צו איבערזאגן ווייל מיר געבן נאר איבער זיינע ווערטער,
און פון דעם דארף מען מורא האבן פארן יום הדין.
און לויט וואס מיר האבן יעצט איבערגעזאגט פון די שם משמואל ,פונעם ישמח
משה ,און פונעם בן איש חי ,זעען מיר אז דאס איז דער יסוד פונעם יום הדין .מיר
גרייטן זיך צו די הייליגע טעג .זאל דער אייבערשטער העלפן יעדער זאל מאריך ימים
זיין .מיר גרייטן זיך צום משפט וואס וועט פארקומען אין דער וועלט ,עולם העשיה.
ווען מען גרייט זיך צום חודש אלול ,דארף מען מאכן א חשבון הנפש ווי אזוי אונזערע
ברכות זעען אויס .און מען דארף מזכה זיין אנדערע אידן מיט אן "אמן" ,און מחנך זיין
די קינדער צו מאכן א ברכה הויך און קלאר ,זיך נישט שעמען פאר קיינעם.
טראכט פאר א מינוט ,לאמיך דיר פרעגן א שאלה :אויב דו ווייסט אז דער שונא
קומט ,און זיי גייען אריין אין שטאט און טיילן אויס געווער ,רעוואלווערס ,און זיי גייען
אריין אין שול און לערנען ווי אזוי צו שיסן ,ווי וואלסטו זיך קעגנגעשטעלט? וואלסטו
זיך געשעמט? וואלסטו עס געטון באהאלטענערהייט? אדער וואלסטו אריינגיין מיט
התלהבות ,וואלסטו זיך צוגעגרייט? די גוים ,די רשעים ,די שווארצע וואלסטו זיי
געלערנט .יעדער זאמלט כוחות .וואס איז דאס? וואס מיינט דאס? מען מוז זיך
פארטיידיגן .די רשעים קומען; מען קען נישט נאכגעבן ,ווייל אויב מען גיט נאך ,ווער
ווייסט וואס וועט ווערן? טראכט יעדן אינדערפרי ,זיי "חדשים לבקרים" קומען זיי מיט
יב
הונדערטער ,און דו האסט א ברירה :הונדערט ברכות מיט כוונה .שעמסטו זיך?
פילסטו פארשעמט? טראכסטו וואס אנדערע וועלן זאגן? מאך ברכות הויך און קלאר
אז אנדערע זאלן קענען זיך לערנען פון דיר .אדרבה ,אויב איינער פרעגט דיר" ,וואס
האט פאסירט מיט דיר אז דו ביסט געווארן אזוי פרום?" ענטפער אים" ,איך בין בכלל
נישט אזוי פרום; איך בין א פראקטישער סאלדאט .איך האב מורא פון די מחנה רוחות
וואס דרייען זיך ארום אויף די שתי מפתחי הלב ,און איך האב געלערנט תכסיסי
מלחמה .איך האב געלערנט ווי אזוי צו שארפן א שווערד קעגן זיי ,און איך שארף עס.
איך הרג'ע זיי אויס; עס איז א מחיה .עס איז נישט אזא שווערע ארבעט .מען דארף זיך
שטארקן אין דעם ,צו זאגן די ברכות מיט כוונה .א גוטע עצה איז צו זאגן די ברכות
אינעווייניג".
עס קומט די יארצייט פון הייליגן טאהשער רבי'ן זי"ע .כל ימי חייו האט ער
געזאגט אלע ברכות אינעווייניג ,בלי שום יוצא מן הכלל .יעדע ברכה האט ער געזאגט
אינעווייניג כדי ער זאל קענען האב ן כוונה .אפשר דערפאר איז ער אזוי גרויס געווארן;
מיר האבן נישט קיין השגה .אבער וואס מ'האט געזען איז ווי אזוי א צדיק זעט אויס
ווען ער זאגט ברכות אינעווייניג :ער איז קיינמאל נישט אין כעס געווארן ,ער האט
קיינמאל נישט מסיח דעת געווען פונעם אייבערשטן ,קיינמאל נישט.
מיט דעם כח פון מאכן ברכות אינעווייניג ,איז נישטא קיין "סטרא אחרא" .אויב דו
ווילסט חשקות התורה ,אויב דו ווילסט קענען מתגבר זיין אויף שמירת עינים און
שמירת הלשון ,זאגט דער בן איש חי אז פאר דעם מויל ,וואס דער יצר הרע לייגט זיך
אריין דערין ,איז דא א תרופה :די הונדערט ברכות מיט כוונה.
דער שפת אמת אין פרשת תולדות רעדט וועגן "וימצא מאה שערים" ,ווי אזוי
יצחק אבינו האט געטראפן די מאה שערים .זאגט ער ,עס זענען דא הונדערט טויערן
וואס עפענען זיך יעדן טאג דורך די כח פון די מאה ברכות .יעדער איד האט א צוטריט
צו די הונד ערט שערים יעדן טאג .דער פסוק "מה רב טובך אשר צפנת ליראיך" באציט
זיך אויף די מאה ברכות ,וואס ברענגען ארויס הונדערט שערים פון ברכות .יצחק
אבינו ,וואס האט פארקערפערט יראה פאר השי"ת ,האט דערגרייכט די "יראה" דורך
טרעפן די הונדערט טויערן דורך די הונדערט ברכות .דאס איז דער פשט פון "מה ה'
אלקיך שואל ממך" .אל תיקרי "מה" נאר "מאה"" .מאה" רב טובך אשר צפנת ליראיך -
אין די הונדערט ברכות ליגט די גרויסע גוטס וואס איז באהאלטן פאר די וואס פארכטן
השי"ת .דער פסוק ענדיגט זיך מיט "יראה" ווייל נאר דורך יראה פאר השי"ת קען מען
דאס דערגרייכן.
דער שפת אמת זאגט אז די הונדערט ברכות זענען "ביד האדם" -אין די הענט
פון א מענטש צו ברענגען ארויס .דאס איבריגע איז ביד הקב"ה ,אין די הענט פון דעם
יג
אויבערשטן" .מה ה' אלקיך שואל ממך" -וואס איז אין דיין כח? אל תיקרי "מה" אלא
"מאה" .דו קענסט טאקע ני שט דערגרייכן יראת שמים אדער אהבת ה' אליין ,איך גיב
צו ,אבער די מאה ברכות מיט כוונה -דאס קענסטו יא טון.
דער פנים יפות אין פרשת תצוה שרייבט טיפע ווערטער איבער די מאה ברכות
וואס אן איד זאגט יעדן טאג .זיי זענען א שבח והודאה ,א דאנק פאר דעם נס פון
אונזער באפרייאונג פון די חמשים שערי טומאה ווען מיר זענען ארויס פון מצרים ,און
אונזער אריינגאנג אין די נ' שערי קדושה .ער זאגט גודל הפלגות הטובה עס איז געווען
אז דער אויבערשטער האט אונז ארויסגענומען פון כור הברזל ,די חמישים שערי
טומאה ,וינטלם וינשאם ביז מיר האבן דערגרייכט מתן תורה ,אריינגייענדיג אין די נ'
שערי קדושה .אלס הכרת הטוב פאר דעם נס ,זאגן מיר די מאה ברכות טעגליך,
אנטקעגן די מאה מעלות וואס דער באשעפער האט אונז געברענגט 50 :ארויס פון
טומאה און 50מדריגות אריין אין קדושה ,צוזאמען איז עס הונדערט מעלות אריין אין
קדוש ה ,הונדערט שערים ,כמה מעלות טובות .פאר דעם ,זאגט ער ,זאגן מיר די
הונדערט ברכות .דאס זענען געוואלדיגע ווערטער.
און דער שפת אמת זאגט טאקע אין פרשת לך לך אז די מאה ברכות זענען
צעטיילט אין צוויי חלקים .דער ערשטער העלפט איז וועגן זיך אפטיילן פון טומאה,
"סור מרע " ,און דער צווייטער העלפט איז וועגן אריינגיין אין קדושה" ,ועשה טוב"" .לך
לך מארצך וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך" .דער מדרש זאגט" ,שמעי בת
וראי והטי אזנך ושכחי בית אביך" .ער ברענגט פון חידושי הרי"ם אז מען דארף קודם
מאכן "סור מרע" ,פארגעסן זיין טבע ,און דערנאך איז מען זוכה צו "לך לך מארצך".
אזוי ווי עס איז געווען ביים ארויסגיין פון מצרים ,ווען מען איז ארויס פון די נ' שערי
טומאה און אריין אין די נ' שערי בינה ,חמשים שערי קדושה" .לך לך" איז בגימטריא
הונדערט ,וואס איז אנטקעגן די מאה ברכות .און אין דעם זענען דא פופציג פאר "לך
לך מארצך וממולדתך ומבית אביך" ,וואס דאס איז "סור מרע" ,און פופציג פאר "אל
הארץ אשר אראך" ,וואס דאס איז "עשה טוב".
ווען א איד זאגט די מאה ברכות יעדן טאג ,ברענגט עס יראת שמים ,וואס ברענגט
דערנאך אהבת השם און עבודת השם ,און אלע תיקונים וואס מיר דארפן מאכן .ער גיט
שבח והודאה פארן אייבערשטן פאר דעם וואס ער האט אונז ארויסגענומען פון די נ'
שערי טומאה און אריינגעברענגט אין די נ' שערי קדושה .און ער גייט טאקע ארויס
בפועל פון די נ' שערי טומאה און גייט אריין אין די נ' שערי קדושה.
אזוי ברענגט דער שפת אמת ארויס טיפע ווערטער ,א גרויסע הייליגע עבודה.
אויב איינער וואלט טיף אריינגעטראכט אין וואס מיר האבן דא גערעדט ,אין וואס עס
טוט זיך אפ מיט די מאה ברכות ,וואס פאר א מתנה דער אייבערשטער האט אונז
יד
געגעבן .ווי מען דארף זיך מעורר זיין ,און מעורר זיין אנדערע; עס קען נישט זיין קיין
שענערע ,בעסערע ,שטארקערע קבלה טובה ווי דאס ,און צו זיין דבוק צום
אייבערשטן דורך די מאה ברכות.
אין די תורות פון סאטמארער רבי זצ"ל ,ברענגט ער דארט צווישן אנדערע
ווערטער :די גמרא אין ברכות און מנחות מ"ג ע"ב זאגט" ,רבי מאיר אומר חייב אדם
לברך מאה ברכות ,שנאמר מה ה' אלקיך שואל ממך' ".לכאורה ,דארף מען פארשטיין
פארוואס די תורה זאגט "מה" ווען עס דארף שטיין "מאה" .ער פרעגט א קשיא :אויב
"מאה" וואלט געשטאנען אין ספר תורה ,וואלט די ספר תורה געווען פסול .אויב דער
בעל קורא וואלט געליינט "מאה" ,וואלט ער געדארפט איבערליינען .איז וואס איז דער
פשט פון "אל תקרי מה אלא מאה"? עס וואלט געווען א פסול'ע ספר תורה ,א פסול'ע
קריאה אויב "מאה" וואלט געשטאנען .וואס מיינט "אל תקרי מה אלא מאה"? מען טאר
נישט ליינען "מאה" ,א הפלא ופלא'דיגע קשיא.
אויף דעם ענטפערט ער :דא ס וואס מען דארף זאגן מאה ברכות מיינט נישט אז
מען זאל זיי זאגן מן השפה לחוץ .ער דארף האבן כוונה אמיתית צו בענטשן דעם
הייליגן באשעפער .אלע תנועות פון א מענטש ,פון ווען ער שטייט אויף ,פאר יעדע
מעשה דארף ער בענטשן ,דאנקען ,און לויבן דעם אויבערשטן .און אלע תנועות וואס
א מענטש טוט זענען אריינגערעכנט אין די מאה ברכות .אונזערע חכמים האבן
איינגעשטעלט א ברכה פאר אלע תנועות און מעשים וואס א מענטש טוט דורכאויס
דעם טאג .דורך זאגן די מאה ברכות ,איז א מענטש משעבד זיך צום הייליגן באשעפער,
און ערקלערט אז השי"ת איז "הנותן לאדם כח לעשות חיל" (דער וואס גיט א מענטש
כח צו דערגרייכן הצלחה) .איך קען גארנישט טון; אלעס איז פון דעם אויבערשטן.
דעריבער ,איינער וואס זאגט זיי מיט כוונה איז אין א מצב פון "מה" -איך בין
גארנישט" .אל תקרי מה" -איך קען נישט דערגרייכן דעם מצב פון "מה" נאר דורך
"מאה" .די מאה ברכות ברענגען מיר צו האבן דעם אמת'ן "מה" -עס איז נישטא קיין
"כחי ועוצם ידי" .דעריבער ,דאס איז די באדייט פון "מה ה' אלקיך שואל מעמך" -וואס
פארלאנגט דער אייבערשטער פון דיר? ער פארלאנגט נישט די "מאה" (וואס וואלט
געווען אן אומריכטיגע קריאה); ער פארלאנגט דעם "מה" (וואס קומט דורך די מאה
ברכות) -די הכנעה פארן אייבערשטן ,די הכרה אז אלעס ווערט געטון דורך דעם
אייבערשטן ,די הכרה אז מען טאר נישט זיין ברוגז אויף קיינעם ,אז מען טאר נישט
אריינפאלן אין יאוש ,אז מען טאר נישט האבן קיין קשיות אדער טענות ,סיי נישט "בין
אדם לחבירו" און סיי נישט ,חס ושלום" ,בין אדם למקום" ,ווייל אלעס ווערט געטון
דורך דעם אייבערשטן" .מה" ,דער בחינה פון "מה" ,דאס איז וואס דער אייבערשטער
פארלאנגט .און ווי אזוי איז מעגליך צו דערגרייכן די מדריגה פון "מה"? אונזערע
טו
חכמים זאגן" ,מאה" -אויב דו זאגסט די מאה ברכות ,וועסטו דאנקען און לויבן דעם
אייבערשטן פאר יעדע תנועה קלה ,דאס וועט דיר ברענגען צו קענען מקיים זיין וואס
שטייט אין דעם פסוק ,דעם "מה" ,צו זיין בעניות ושפלות רוח צום הייליגן באשעפער,
וואס ברענגט יראת שמים ,ווייל דורך ענוה און שפלות רוח ,דערגרייכט מען אמת'ע
יראת שמים.
מ'דערציילט אז ר' אלי ראטה ,דער גבאי פון ר' שלמה'קע זעווהילער ,פלעגט
בעטן ביי יעדן איינעם וואס איז געקומען צו אים" :האב אין זינען די מאה ברכות! זאג
זיי מיט כוונה! נאר דאן קען מען זיין אן איד ווי מ'דארף זיין ".דאס פלעגט ער זאגן.
איינמאל ,אויף דער יארצייט פון ר' שלמה'קע זעווהילער זצ"ל ,איז ר' אלי ראטה
געווארן זייער צוקאכט ,און ער האט אנגעהויבן צו רעדן וועגן די מאה ברכות ,אז מ'זאל
זיי זאגן הויך ,אז מ'זאל ענטפערן "אמן" אויף די מאה ברכות .ר' אלי ראטה האט
געזאגט מיט אזא התלהב ות און ברען" :יעדע אידישע נשמה ,ווען עס קומט די צייט
פאר איר צו געבוירן ווערן ,וויל נישט אראפקומען אויף דער נידריגער וועלט .זי וויל
נישט אפגעריסן ווערן פון דעם אויבערשטנס מקור העליון ,פון דעם מקום הקדוש
מתחת כסא הכבוד ,פון וואו די נשמה איז נחצבה ,אויסגעהאקט געווארן .צו דעם ,זאגט
מען איר אויבן' ,הער זיך איין ,נשמה ,זארג זיך נישט ,גיי אראפ ,דו וועסט מאכן דארט
מאה ברכות יעדן טאג ,און דו וועסט קענען בלייבן דבוק צום אייבערשטן '.און מיט
דעם ,איבערצייגט מען די נשמה צו מסכים זיין אראפצוגיין אויף דער וועלט .דער
גאנצ ער טעם פארוואס די נשמה האט מסכים געווען אראפצוגיין איז ווייל זי וועט זאגן
מאה ברכות".
עס קומט אויס פון וואס מיר האבן געזאגט אז די מאה ברכות ברענגען אונז
צוריק צו אונזער שורש ,צו אונזער נשמה וואס איז מתחת כסא הכבוד נחצבה ,דער
צלם אלקים .ווי אזוי פארבינדט מע ן זיך צו אונזער מקום אויבן אין הימל ,צו אונזער
ארט ,צו אונזער שורש? דורך די מאה ברכות – הונדערט ברכות מיט כוונה ,הונדערט
ברכות מיט א קול.
יעצט ,עס שטייט אין די הייליגע ספרים :לכאורה ,דארף מען פארשטיין "אל
תקרי" .וואס מיינט "אל תקרי"? "אל תקרי מה אלא מאה ".דער פשט דערפון איז אז עס
איז דא א קשיא אויף דעם פסוק ,און מען קען נישט פארשטיין דעם פסוק .דערפאר
זאגט מען "אל תקרי" -זאלסט עס נישט ליינען אזוי ,נאר גלייב אז עס שטייט אזוי.
יעצט ,דא אויך ,דארף מען פארשטיין דעם טייטש פון "אל תקרי מה אלא מאה ".ווי
כאילו מען פארשטייט נישט דעם פסוק? אבער מען פארשטייט יא דעם פסוק! נאר
וואס דען? אין דעם פסוק שטייט" ,מה השם אלקיך שואל ממך כי אם ליראה"? עס איז
א גרינגע זאך ,נאר דאס .און נאך דעם ,זאגט דער פסוק ,ווי מיר האבן פריער גערעדט,
"ללכת לאהבה לעבוד בכל לבבך ובכל נפשך" .דאס זענען אויך גרינגע זאכן " -כי אם"
טז
(נאר)" .כי אם" גייט אויף דעם גאנצן פסוק .אויף דעם זאגן אונזערע חכמים" ,אל תקרי
מה" -דו קענסט נישט פארשטיין דעם פשוטן פשט פון דעם פסוק ,דו האסט נישט
קיין תירוץ ,דו ביסט שטעקן געבליבן וואס איז דער טייטש פון "כי אם"? אויף דעם
ז אגט די גמרא" ,אל תקרי מה אלא מאה ".יעצט פארשטייסטו דעם פסוק ,ווייל אויב דו
זאגסט די מאה ברכות ווי עס דארף צו זיין ,וועסטו זען אז אלע די זאכן וואס איך האב
אויסגערעכנט איז א "מילתא זוטרתא" (א קליינע זאך) .ס'איז גארנישט; איך האב דיר
גארנישט געזאגט ,נאר א "כי אם" ,א הפלא'דיגע פשט.
אויב א מענטש געוואוינט זיך צו זאגן די ברכות מיט כוונה און מיט שמחה ,קומט
אויס אז אלע די זאכן וואס די תורה פארלאנגט פון א מענטש – "בכל לבבך ובכל
נפשך" – זענען "כי אם" ,א קליינע זאך .דאס איז די כח פון די מאה ברכות.
דער בית ישראל פון גור פלעגט זאגן אז זיין זיידע ,דער חידושי הרי"ם ,האט
געזאגט :משה רבינו האט מתקן געווען ,פאר ער איז נפטר געווארן פון דער וועלט ,אז
מען זאל זאגן די מאה ברכות ,און דאס איז געווען אנשטאט די מאה אדנים פון משכן.
די אדנים פון משכן זענען געווען דער יסוד פון דעם בנין ,דער יסוד פון קדושה ,און די
השראת השכינה .משה רבינו האט געוואוסט אז דער בית המקדש וועט חרוב ווערן,
האט ער מתקן געווען די מאה ברכות טעגליך אנשטאט די מאה אדנים ,אז דאס זאל
זיין דער יסוד פון אידישקייט ,פון אונזער השראת השכינה ,פון אונזער קדושה .אלעס
ליגט אין די מאה ברכות.
קומט דאך אויס ,אז דער הייליגער באשעפער האט אונז געגעבן אזא מתנה! עס
ברענגט אזא שמחה ,אזא התרגשות צו א מענטש .וויפיל אידן וויינען ביי "אתה חונן",
ביי "אהבה רבה"! וויפיל אידן וויינען ביי קריאת שמע" ,אוי ,א שווערן טאג ,רבונו של
עולם ,מאך דעם קומענדיגן טאג גרינגער!" וואס איז מיט די מאה ברכות? ביסטו
געווען פינקטלעך? האסטו א רשימה פון די מאה ברכות? האסטו געהאט כוונה?
מענטשן גייען היינט צו שמחות ,און מ'זאל נישט מקטרג זיין אויף אידן .אין די ימים
נוראים זאל מען נאר מעורר זיין רחמים אויף אידן .אבער מ'גייט אריין און מ'זעט
פלייש ,בשר ודגים וכל מטעמים .א מענטש איז דאך א בשר ודם; אמאל פארגעסט מען
ליידער צו מאכן א ברכה ,מ'מורמלט א ברכה .און וואס איז מיט די ברכה אחרונה?
וויפיל אידן געדענקען ,ווען זיי גייען אהיים פון א שמחה ,צו מאכן א ברכה אחרונה?
" אל תקרי מה אלא מאה" :אונזער גאנצע קדושה ,אונזער גאנצע טהרה ,אונזער
גאנצע שורש הנשמה ,אונזער גאנצע עקזיסטענץ אלס איד ,ובפרט אין גלות ,אונזער
גאנצער כח קעגן די אלע נסיונות .מען ראנגלט זיך מיט טעכנאלאגישע כלים; מען
דארף רעדן ,מען דארף טון .דו האסט א ביקס קעגן זיי ,דו האסט א רעוואלווער ,דו
האסט א שווערד קעגן די טעכנאלאגישע כלים :די "מאה ברכות" .ובפרט ווען מען
יז
זאגט זיי אינעווייניג ,ווען מען זאגט זיי מיט א כוונה ,הויך ,און מען איז מעורר אנדערע,
און מען זעט צו אז א צווייטער ענטפערט "אמן" ,און מען ענטפערט אליין "אמן" .דאס
זענען געוואלדיגע חיזוק'דיגע ווערטער .עס איז א התחייבות ,אבער עס איז אויך א
חיזוק.
"אין והיה אלא לשון שמחה" ".והיה" – די גרעסטע שמחה איז אויבן אין הימל,
"עקב" ,ביים סוף פון גלות ,ביי די עקבתא דמשיחא ,ווען אידישע קינדער האבן
אזעלכע שווערע נסיונות ,און פונדעסטוועגן" ,תשמעון" – הערן זיי צו דברי תוכחה ,זיי
הערן צו דברי תורה .דאס איז די גרעסטע שמחה .אין א צייט ווען אידישע קינדער
גרייטן זיך צו די ימים נוראים און נעמען אויף זיך גוטע קבלות ,זיי הערן צו וואס זיי
קענען אננעמען ,וואס זיי קענען פאררעכטן .עס ווערט באשאפן א גרויסע שמחה אין
הימל; עס איז א געוואלדיגע עת רצון.
זאל דער הייליגער באשעפער העלפן אז עס זאל טאקע זיין אן עת רצון יעצט,
אין זכות פון די גרויסע יארצייטן פון די וואך :דער הייליגער רבי ,רבינו יואל בן חנני'
יום טוב זצ"ל זי"ע ,ר' משולם פייש בן מרדכי זצ"ל זי"ע ,רבינו שמואל צבי בן ר' אברהם
אביש זצ"ל זי"ע .זאל דער הייליגער באשעפער העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו גיין אין
זייערע וועגן ,צו לערנען פון זייערע מעשים ,פון זייער הנהגה ,פון זייערע תורות.
דער מאור עינים ברענגט אז מען דארף נישט דוקא פארן צום קבר פון א צדיק.
אויב מען לערנט די ספרים פון א צדיק און מען לערנט זייערע תורות ,איז עס ווי מען
איז זיך משתטח ביים ציון הק'.
דער טאהשער רבי פלעגט זאגן אז ווען מען צינדט אן א ליכט פאר די נשמה פון א
צדיק און מען קוקט דערויף ,און מען איז זיך מקשר מיט'ן צדיק ,איז עס ווי מען איז
ביים קבר .מיר האבן אזעלכע מתנות! איז דאס נישט "והיה עקב"? איז דאס נישט א
שמחה ביי די עקבתא דמשיחא ,אז דער באשעפער האט אונז געגעבן אזעלכע מתנות?
זכותם יגן עלינו.
זאל דער הייליגער באשעפער העלפן עס זאל זיין א כתיבה וחתימה טובה פאר
אלע אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם .דער הייליגער באשעפער זאל העלפן
עס זאל זיין זיווגים הגונים תיכף ומיד ,תיכף ומיד ,תיכף ומיד! אלע וואס דארפן
שידוכים זאלן געהאלפן ווערן בשעה טובה ומוצלחת ,אן קיין עיכובים ,צו דער
צופרידנהייט פון אלע צדדים .אלע וואס דארפן זרע של קיימא זאלן זוכה זיין צו זרע
של קיימא בדרך התורה ,בדרך המסורה ,אן קיין קרומע וועגן ,אויפ'ן גלייכן וועג ,דורך
תורה ,דורך תפילה ,דורך דבקות אין צדיקים .זאלן זיי זוכה זיין צו זרע של קיימא,
געזונטע קינדער ,ליכטיגע קינדער ,הייליגע קינדער ,חניאקישע קינדער ,חסידישע
יח
קינדער ,תורה'דיגע קינדער ,קינדער מיט גוטע מידות ,הייליגע קינדער .זאל דער
אייבערשטער העלפן מיר זאלן האבן נאר נחת דקדושה .דער הייליגער באשעפער זאל
העלפן מיר זאלן האבן הרחבת הדעת ,אושר ועושר ,יעדער זאל האבן פרנסה בריווח,
עס זאל קיינעם גארנישט פעלן ,און כלל ישראל זאל נישט אנקומען איינער צום
צווייטן -ולא יצטרכו עמך בית ישראל זה לזה ולא לעם אחר .תורה וגדולה פאר גאנץ
כלל ישראל .זאל דער הייליגער באשעפער העלפן מיר זאלן האבן הרחבה והרווחה.
מיר זאלן זיין געזונט און שטארק ,און שטארק געזונט .על הברואים שלא יחלו ועל
החו לים שיתרפאו ,עס זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותיה ,תחל שנה וברכותיה .עס
זאל זיך שוין אנפאנגען די ברכות פון די נייע יאר .דער הייליגער באשעפער זאל העלפן
אלע השפעות טובות .אידישע קינדער זאלן נאר זיין בשמחה און מאכן אנדערע
בשמחה און מאכן שמחות .זאלן מיר זוכה זיין צו משתתף זיין אין איינעם דעם
אנדערנ'ס שמחות.
זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן הערן בשורות טובות ,ישועות ונחמות
בביאת גואל צדק במהרה בימינו ,אמן.
יט
