gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

נעימות אליעזר - סקולען · Ne'imois Eliezer - Skulen — ניצבים וילך (2026-08-31)

מוציא לאור: נעימות אליעזר - סקולען · Ne'imois Eliezer - Skulen

שבוע: ניצבים וילך (2026-08-31)

נעימות אליעזר - סקולען · Ne'imois Eliezer - Skulen — ניצבים וילך (2026-08-31)

פתח את ה-PDF הורדה

  ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫©‬ ‫כל הזכויות שמורות‬ ‫למכון נעימות אליעזר סקולען בארה"ק‬ ‫ואין רשות לצלם או לתרגם או להעתיק‬ ‫למאגר מידע אפילו חלק מן הספר ללא אישור בכתב‬ ‫לקחת חלק בהדפסת ספרי סקולען צור קשר במייל ‪skulen3@gmail.com‬‬ ‫‪copyright by mechon nemois eliezer skulen. beth shemesh.‬‬ ‫‪in all countries subscribing to the international copyright union.‬‬ ‫‪PRINTED IN ISRAEL‬‬ ‫יצא לאור העולם ע"י‬ ‫מכון נעימות אליעזר בארה"ק‬ ‫‪053-415-2636‬‬ ‫ב‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫הסכמת הרב קלמן ווייס שליט"א‬ ‫מו"צ העדה החרדית‬ ‫בס"ד כ"ז שבט תשפ"א‬ ‫הנני בזה בשורות האלה לחזק ולאמץ את ידי הבה"ח החשוב והיקר‬ ‫ירא שמים ובעל מדות תרומיות דבוק בלו"נ ברבותינו הק' מסקולען‬ ‫זי"ע ולהבל"ח לכ"ק האדמורי"ם ממשיכי דרכם שליט"א‬ ‫כמר אליעזר זוסיא רובין ני"ו‬ ‫אשר ליקט ואיזן דבריהם הקדושים של האדמורי"ם מסקולען זצוק"ל‬ ‫במשך שנים על ענינים שונים בתורה ועבודת השי"ת וכן במה‬ ‫שהביאו מספה"ק תלמידי הבעש"ט הק' בענינים רמים אלו והבה"ח‬ ‫החשוב הנ"ל תורגם אותם ללשון "האידיש" שיהא שימה בפיהם של‬ ‫רבים אשר אינם מבינים בלה"ק‬ ‫ונקרא שמו "נעימות אליעזר"‬ ‫ודבר גדול מאד עשה בעמיו לקרב דבריהם הק' אשר מלאים ביר"ש‬ ‫וקדושה בדברים היוצאים מלב טהור וקדוש שבודאי יכנסו ללבם של‬ ‫ישראל לקרבם לעבוד"ה ולתורה וקדושה וע"כ גם ידי תכון עמו‬ ‫להוציא לאור ספר הקדוש הזה ויזכה להפיץ תורתם בקרב ישראל‬ ‫מתוך נחת ובריות גופא ברוב הצלחה וסייעתא דשמיא בכל הענינים‬ ‫אמן‪:‬‬ ‫הכו"ח לכבוד התורה וצדיקי הדור‪:‬‬ ‫קלונימוס קלמן ווייס‬ ‫ג‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫הסכמת אב"ד קאסאן שליט"א‬ ‫מו"צ העדה החרדית‬ ‫הנני מצטרף להנ"ל והשי"ת יעזור להרחיב גבולי הקדושה ויתקדש שם‬ ‫שמים בעולם ובזכות זה נזכה בקרוב להתגלות מלך המשיח בב"א‪:‬‬ ‫הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א‬ ‫דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל זיך קענען מתחזק זיין און‬ ‫מתרומם זיין אויפן דרך פון אונזערע הייליגע רבי'ס "לבית סקולען"‪,‬‬ ‫און אין סקולען איז דאך אסאך אסאך לייכטער זיך צו מתרומם זיין‪,‬‬ ‫ווייל די זיס'קייט דארטן איז דאך גאר גאר הויעך און דערהויבן און‬ ‫ליכטיג‪ ,‬און איך בין זיכער אז פון אויבן וועלן זיי משפיע זיין שפע‬ ‫עבודת השם פאר די אלע וואס וועלן לערנען אין דעם הייליגן ספר‪.‬‬ ‫[והוסיף‪ :‬ס'איז מיר שווער "נישט" צו חתמ'נען אויף אזאנ'ס]‪.‬‬ ‫יעקב בהה"צ מוהר"א זצללה"ה‬ ‫ד‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א‬ ‫הנני בזה לחזק ולאמץ ידי הבה"ח היקר זוכה ומזכה את הרבים‬ ‫כמר אליעזר זוסיא רובין נרו יאיר ויזרח‬ ‫יהי ד"א עמו בכל אשר יפנה‪ ,‬ויצליח דרכו הטובה על דרך רבותיו‬ ‫הקדושים אשר האירו את ישראל בנועם אמרותיהם וזמירותיהם‪,‬‬ ‫ויזכה לראות ברכה בעמלו מתוך הרחבת הדעת וטוב לב תמיד‬ ‫לאויושט"א‪:‬‬ ‫ה‬ ‫הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א‬ ‫ה‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫ו‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫הסכמת רב דקהל אש תמיד בני ברק שליט"א‬ ‫הנני באתי להמליץ טוב עבור הבה"ח חסידא ופרישא המפורסם‬ ‫בתורותיו ומידות הטובות והישרות מתאבק באפר רגליהם כל צדיקי‬ ‫הדור ובפרט כ"ק האדמורי"ם מסקולען‬ ‫ה"ה שמו הולך לפניו‬ ‫מוהר"ר אליעזר זוסיא רובין שליט"א‬ ‫יה"ר שיזכה תמיד להפיץ מעינתיו חוצה ויזכה תמיד את הרבים בטוב‬ ‫טעם ודעת ואך טוב וחסד ירדפוהו כל ימי חייו בחן של טעם זקנים‬ ‫ויזכה במהרה לקבל פני משיח צדקנו אמן בב"א‪:‬‬ ‫ידידו המכבדו בלב טוב‬ ‫ורבינו זצ"ל היה אומר תמיד‪ ,‬שלפני שהולכים ללמוד צריכים‬ ‫לכוון לקיים מצות לימוד התורה‪ ,‬כי הרי מצות צריכות כוונה‪,‬‬ ‫וממילא וצריך אדם לומר קודם הלימוד בפה מלא‪:‬‬ ‫של‬ ‫או ַריְ י ָתא ֶׁ‬ ‫שה ְ ּד ֹ‬ ‫ה ֲֵרינִ י מ ּוכָ ן ּו ְמז ּו ָמן לְ ַקיֵם ִמ ְצוַ ת ֲע ֵ‬ ‫ש ּ ָכת ּוב ּ ַב ּת ֹו ָרה ּולְ מַ ְד ּ ֶׁתם א ָֹתם‬ ‫מו ֶׁ‬ ‫לִ ּמ ּוד הַ ּת ֹו ָרה ְּכ ֹ‬ ‫שה ִמ ְצוָ ה ז ּו ְּכ ֵדי לְ ַק ּיֵם‬ ‫עו ֶׁ‬ ‫ּו ְשמַ ְר ּ ֶׁתם ַל ֲעש ָֹתם וַ ה ֲֵרינִ י ֹ‬ ‫ִמ ְצוַ ת ּב ֹו ְר ִאי ּו ְכ ֵדי ַל ֲעש ֹֹות נַחַ ת ר ּוחַ לְ הַ ּב ֹו ֵרא יִ ְת ּ ָב ַר ְך‬ ‫שם ּ ָכל יִ ְש ָר ֵאל‪:‬‬ ‫מו ְּב ֵ‬ ‫ְש ֹ‬ ‫יך ה ּוא ּו ְש ִכינְ ּ ֵת ּה ִּב ְד ִחיל ּו ּו ְר ִחימ ּו‬ ‫שא ְּב ִר ְ‬ ‫שם יִ ח ּוד קֻ ְד ָ‬ ‫לְ ֵ‬ ‫שם‬ ‫שם י"ה ְּבו"ה ְּביִ ח ּו ָדא ְשלִ ים ְּב ֵ‬ ‫ּו ְר ִחימ ּו ּו ְד ִחיל ּו לְ יַ חֵ ד ֵ‬ ‫שה יָ ֵדינ ּו‬ ‫יהי נ ַֹעם יְ הֹוָ ה אלֹהֵ ינ ּו ָעלֵינ ּו ּומַ ֲע ֵ‬ ‫ּ ָכל יִ ְש ָר ֵאל‪ִ :‬ו ִ‬ ‫שה יָ ֵדינ ּו ּכ ֹונְ נֵה ּו‪:‬‬ ‫ּכ ֹונְ נָ ה ָעלֵינ ּו ּומַ ֲע ֵ‬ ‫ז‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫וכ"ק מרן רבינו זצ"ל‬ ‫היה אומר תמיד בכל הזדמנות‪:‬‬ ‫אז‪" :‬לְ כ ּו ָבנִ ים" – אז ווען איר גייט‬ ‫אוועק פון די התעוררות‪ ,‬דעמאלט'ס‪:‬‬ ‫"ש ְמע ּו לִ י" – דעמאלט'ס זאל אייך‬ ‫ִ‬ ‫קלונגען אין די אויער'ן דאס וואס איר‬ ‫האט דא געהערט‪!..‬‬ ‫ווייל בשעת ווען איר זענט דא‪,‬‬ ‫דעמאלט'ס זעה איך דאך שוין אליין‬ ‫אז איר הערט מיך אויס‪ ,‬נאר ווען‬ ‫איר גייט "אוועק"‪ ..‬דעמאלט'ס זאל‬ ‫אייך קלונגען אין די אויער'ן דאס‬ ‫וואס איר האט דא געהערט‪!..‬‬ ‫ח‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫הקדמה‬ ‫י'שמחו ה'חסידים ו'יגילו ה'משתוקקים לראות אור כי טוב מאמרי קודש‬ ‫מרז"ל קדושים אשר בארץ המה‪ ,‬ובשבח והודאה להשי"ת שהחיינו‬ ‫וקימנו והגיענו לזמן הזה אני מודה ומשבח לאדון כל על שזכיתי לגמור‬ ‫ספר "נעימות אליעזר" על התורה ומועדים באידיש אשר מיוסד על‬ ‫דברי חז"ל ועל דברי רבותינו הקדושים תלמידי הבעל שם טוב הק'‬ ‫ותלמידי המגיד זצוק"ל‪ ,‬כדי שכל יהודי פשוט יזכה לשאוב מתורתם של‬ ‫רז"ל אשר מפיהם אנו חיים כל ימינו על אדמתינו‪ ,‬וכדי שכל יהודי פשוט‬ ‫יזכה לדעת את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון‪.‬‬ ‫והרי כבר ידוע ליודעי חן‪ ,‬כי אמרו רז"ל (יבמות צ"ז‪ ).‬על כל האומר דבר‬ ‫שמועה מפיהם ששפתותיו דובבות בקבר‪ ,‬ובספר חסידים (ס' רכ"ד)‬ ‫איתא שהם מתפללין עליו שם וממליצים טובה עליו עכלה"ק‪.‬‬ ‫ומודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי אשר זכיתי להוציא לאור ספר‬ ‫"נעימות אליעזר" על התורה ומועדים באידיש אשר מטרתו של הספר‬ ‫הוא אך ורק שכל יהודי יזכה לחיות עם "שויתי ה' לנגדי תמיד" בכל רגע‬ ‫ורגע ולקיים "בכל דרכיך דעהו" במלא מובן המלה‪.‬‬ ‫וברוך הוא אלקינו אשר נתן סיעתא דשמיא בעמלי וזכיתי לראות ברכה‬ ‫בעמלי‪ ,‬אשר אחרי שנים רבות וארוכות זכיתי לברך על המוגמר ולזכות‬ ‫את הרבים בדברים פשוטים וברורים נראים לעינים בעניני עבודת השם‬ ‫יתברך תורה ותפילה ומידות טובות וישרות‪ ,‬ואכן שמע אלקים מתוך‬ ‫סיעתא דשמיא אשר הרגשתי בה על כל צעד ושעל במהלך חיבור ספר‬ ‫זה‪ ,‬ומתוך שבח והודיה להשי"ת על כל הטוב אשר גמלני‪ ,‬הנני עומד‬ ‫עתה ב"פתח השער" ומתחנן לפני בורא כל עולמים שכה יתן ה' וכה‬ ‫יוסיף ויזכני להעלות דבר נאה ומתוקן על שולחן חכמים‪ ,‬ולהוסיף דעת‬ ‫ט‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫ותבונה ויראת ה' טהורה בתוך לבבות ישראל‪ ,‬ואל יצא מתחת ידי שום‬ ‫מכשול חס ושלום‪ ,‬רק יחזק את האמונה ואת הניצוץ היהודי אשר נמצא‬ ‫בתוך כל אחד ואחד מישראל‪ ,‬ובעזרת השם יתברך יהיה לתועלת‬ ‫הרבים‪ ,‬ובפרט לבחורי ואברכי חוץ לארץ שיותר קל להם ללמוד ספרים‬ ‫"באידיש"‪ ,‬והרי כבר כתוב בתורתינו הק' בפרשה וילך (ל"א פ' י"ט)‪:‬‬ ‫"ועתה כתבו לכם את השירה הזאת ולמדה את בני ישראל שימה‬ ‫בפיהם"‪ ,‬פירוש שכל יהודי יזכה להבין ולהשכיל את התורה בשפה‬ ‫שהוא מבין טוב‪.‬‬ ‫וכאן המקום לציין שכל הספר מתחילה עד הסוף נעשית ע"פ הוראת‬ ‫והדרכת גדולי ישראל על כל צעד ושעל‪ ,‬וזהו אינו רק ספר לקריאה‬ ‫גרידא‪ ,‬כי אם גם ספר של לימוד התורה באמת‪ ,‬יען כי הרי זה משפיע‬ ‫יראת שמים במדה גדושה על לבבות ישראל‪.‬‬ ‫וכאן המקום להודות ולהלל לכל האנשים שעזרו ותרמו ותמכו למען‬ ‫הוצאת ספר זה‪ ,‬יהי רצון מלפני אבינו שבשמים שיזכו לראות אך ורק‬ ‫תענוג ונחת דקדושה מכל יוצ"ח‪ ,‬ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים‬ ‫בתורה ובמצות באמת לאויושט"א‪.‬‬ ‫ובצאתי אפרוש כפי אל ה' בתפילה שאזכה לישב באהלה של תורה‬ ‫ולהרביץ תורה ויראה כל ימי חיי‪ ,‬ואזכה לעבוד את השם יתברך‬ ‫בשמחה ובטוב לבב מרוב כל מתוך שמחה של מצוה יחד עם כל‬ ‫ישראל‪ ,‬ואזכה להיות מאלו שמוסיפים יופי לכתר הגדול שנקרא‬ ‫תפארת ישרא"ל זרע אברה"ם אוהבו‪ ,‬מתוך הרחבת הדעת ומנוחה‪,‬‬ ‫ומתוך בריות גופא ונהורא מעליא‪ ,‬עדי נזכה בקרוב ליעוד הנביא ומלאה‬ ‫הארץ דעה את ה' וברחמים גדולים אקבצך בביאת גואל צדק ובבנין‬ ‫בית המקדש השלישי במהרה בימינו אמן‪:‬‬ ‫י‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫יחות‬ ‫ַׁש ָּבת ְס ִל ֹ‬ ‫יחות‪ :‬עס ווערט געברענגט אין די ספרים הק'‪ ,‬אז שבת פאר‪:‬‬ ‫ש ּ ָבת ְסלִ ֹ‬ ‫ַ‬ ‫"רֹאׁש הַ שָּׁ נָּׁה" [נאר ווען‪" :‬רֹאׁש הַ שָּׁ נָּׁה" געפאלט סוף וואך] ווערט ָאן‬ ‫גערופן‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת"‪ ,‬אבער לכאורה שטעלט זיך דאך דא א מורא'דיגע‬ ‫קשיא דא‪ ,‬ווייל פארוואס רופט מען ָאן דעם שבת מיטן נאמען‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת‬ ‫סְ לִ יחוֹת"‪ !?..‬מען זאגט דאך ערשט סליחות "מוצאי שבת" ביי חצות‪!?..‬‬ ‫אדער נאך שפעטער‪ !?..‬און ממילא פארוואס ווערט דער "שבת" אליין ָאן‬ ‫גערופן‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת"‪!?..‬‬ ‫נאר מען קען דאס אפשר פאר ענטפער'ן על פי דאס וואס דער הייליגער‬ ‫ישמח ישראל זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל האט אמאל געזאגט‪ ,‬ווייל דער‬ ‫הייליגער ישמח ישראל האט דאך שוין אמאל געזאגט‪ ,‬אז אין די לעצטע‬ ‫שבת פון דעם יאר קען מען דאך פארעכטן אלע שבתים פון א גאנץ יאר‪ ,‬און‬ ‫אויב פירט מען זיך אויף ווי עס דארף צו זיין דעם לעצט'ן שבת פון דעם‬ ‫יאר‪ ,‬און מען איז מכבד דעם הייליגן שבת קודש ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬ווערט‬ ‫עס דעמאלט'ס גערעכנט כאילו אלע שבתים פון א גאנץ יאר זענען געווען‬ ‫גוט‪.‬‬ ‫און ממילא לויט דעם קומט דאך אויס‪ ,‬אז‪ ..‬יא‪ ,‬מען רופט ָאן דעם שבת‬ ‫אליין מיטן נאמען‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת"‪ ,‬ווייל די אונטערשט'ע שבת פון דעם‬ ‫יאר איז דאך א‪" :‬סְ לִ יחָּׁ ה" און א‪" :‬כַפָּׁ ָּׁרה" אויף אלע שבתים פון דעם יאר‬ ‫וואס זענען ליידער נישט געווען ווי עס דארף צו זיין‪.‬‬ ‫יא‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫און אפילו ווען ראש השנה געפאלט אנהייב וואך [וואס דעמאלט'ס הייבט‬ ‫מען שוין ָאן צו זאגן סליחות א וואך פריער]‪ ,‬און‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת" קומט‬ ‫דעמאלט'ס אויס "איינס פאר די לעצטע שבת פון דעם יאר"‪ ..‬קען "איינס‬ ‫פאר די לעצטע שבת פון דעם יאר" אויך הייסן‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת"‪.‬‬ ‫ווייל מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט‪ ,‬אז חז"ל (שבת דף‪ :‬קי"ח ע"ב)‬ ‫"ׁשנֵי ׁשַ בָּׁ תוֹת" ִמיַד‬ ‫זאגן דאך אונז שוין בפירוש‪ ,‬אז‪ :‬אִ ּלּו ׁשָּׁ ְמרּו י ְִש ָּׁראֵ ל ְ‬ ‫נִגְ ָאלִ ין‪ ,‬און ממילא‪ ..‬די "סליחה" קען זיך שוין [אמאל] ָאן הייבן א וואך‬ ‫פריער אויך‪ ,‬ווייל יא ר' יוד‪ ,‬די צוויי לעצטע שבתים פון דעם יאר איז א‪:‬‬ ‫"סְ לִ יחָּׁ ה" און א‪" :‬כַפָּׁ ָּׁרה" אויף אלע שבתים פון א גאנץ יאר‪!..‬‬ ‫און אויב מיר וועלן אויס נוצן די צוויי לעצטע שבתים פון דעם יאר ווי עס‬ ‫דארף צו זיין‪ ,‬וועלן מיר דורך דעם זוכה זיין צוריק צו קערן אלע‪ׁ :‬שַ בָּׁ תִ ים‬ ‫ׁשֶׁ עָּׁ בַ ר עָּׁ לֵינּו ֹלא כָּׁל כְַך טוֹב "לְ טוֹבָּׁ ה"‪ ,‬און די צוויי לעצטע שבתים פון דעם‬ ‫יאר וועלן אונז ברענגען‪" :‬סְ לִ יחוֹת" אויף אלע אנדערע שבתים פון דעם יאר‬ ‫וואס זענען ליידער נישט געווען ווי עס דארף צו זיין‪.‬‬ ‫און מיר בעטן זיך טאקע אלע צו דיר הייליגער גרויסער טאטע אין הימל‪,‬‬ ‫"ׁשבִ יתֵ נּו" – אז‬ ‫אז‪ ..‬רבונו של עולם‪ ,‬מיר בעטן דיר‪ ,‬אז‪ׁ :‬שּובָּׁ ה יהו‪-‬ה אֶׁ ת ְ‬ ‫קער צוריק אונזערע "שבתים" וואס מיר האבן זיך נישט אזוי גוט אויף‬ ‫געפירט ווי עס דארף צו זיין‪ ..‬צום גוט'ן‪ ,‬ווייל מיר זענען זיכער‪ ,‬אז אין דעם‬ ‫זכות וואס מיר פירן זיך אויף ווי עס דארף צו זיין דעם לעצט'ן שבת קודש‬ ‫פון דעם יאר‪ ,‬וועט דער אייבערשטער זיכער רעכענען כאילו אלע שבתים‬ ‫פון דעם יאר זענען געווען גוט‪.‬‬ ‫יב‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק אין פרשת התשובה‬ ‫וואס געפונט זיך אין פרשת נצבים (קפיטל ל' פסוק ג')‪ ,‬אז דער הייליגער‬ ‫באשעפער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר די יודישע קינדער‪ ,‬אז‪ :‬וְ ׁשָּׁ ב יהו‪-‬ה‬ ‫"ׁשבּותְ ָך" – אז איך וועל צוריק קערן אלע דיינע "שבתים" פון‬ ‫אֱֹלקֶׁ יָך אֶׁ ת ְ‬ ‫דעם יאר וואס זענען ליידער נישט געווען ווי עס דארף צו זיין צום גוט'ן‬ ‫דורך די‪" :‬כֹחַ הַ ּטוֹב" פון דעם לעצט'ן שבת קודש פון דעם יאר וואס דו‬ ‫וועסט זיך יא אויף פירן ווי עס דארף צו זיין‪.‬‬ ‫[און צדיקים פלעגן זאגן‪ ,‬אז די פסוק פון‪" :‬וְ הָּׁ יָּׁה עֵ קֶׁ ב תִ ְׁש ְמעּון" וגו' איז א‬ ‫רמז פאר די הייליגע טעג הבאים עלינו לטובה‪ ,‬און זיי האבן געטייטש'ט‬ ‫דעם פסוק פון‪" :‬וְ הָּׁ יָּׁה עֵ קֶׁ ב תִ ְׁש ְמעּון" וגו' אזוי‪ ,‬אז‪" :‬וְ הָּׁ יָּׁה" – אז עס הערשט‬ ‫"ש ְמחָּׁ ה" אויבן אין הימל‪ ,‬אז‪" :‬עֵ קֶׁ ב" – אז‬ ‫דאך גאר גאר א גרויסע‪ִ :‬‬ ‫כאטשיג ווען עס קומט ָאן סוף פון דעם יאר‪ ,‬דעמאלט'ס‪" :‬תִ ְׁש ְמעּון" –‬ ‫דעמאלט'ס טוט מען שוין תשובה‪ ,‬און מען הייבט שוין דעמאלט'ס ָאן צו‬ ‫פא לגן דעם הייליגן באשעפער‪ ,‬און מען הייבט שוין דעמאלט'ס ָאן צו טוהן‪:‬‬ ‫"אֵ ת הַ ִמ ְׁשפָּׁ ִטים הָּׁ אֵ ּלֶׁה" – און מען הייבט שוין דעמאלט'ס ָאן צו טוהן די‬ ‫"ּוׁשמַ ְרתֶׁ ם ַוע ֲִשיתֶׁ ם אֹ תָּׁ ם" – און מען היט‬ ‫מצוות פון דעם אייבערשטן‪ ,‬און‪ְ :‬‬ ‫"מצְ וַת הַ תו ָֹּׁרה"‪ ,‬און מען איז דאס שוין דעמאלט'ס‬ ‫שוין דעמאלט'ס אפ די‪ִ :‬‬ ‫מקיים ווי עס דארף צו זיין]‪.‬‬ ‫און סוף יאר געבט דער אייבערשטער פאר א יעדעם איינעם א געלעגענהייט‬ ‫צוריק צו קומען צום אייבערשטן און פארעכטן די גאנצע יאר וואס עס איז א‬ ‫דורך געגאנגען אויף איהם‪ ,‬און חז"ל (ברכות דף‪ :‬י"ב ע"א) זאגן דאך אונז‬ ‫שוין טאקע אויך קלאר בפירוש‪ ,‬אז‪" :‬הַ כֹל ה ֹולְֵך ַאחַ ר הַ חָּׁ תּום" – אז אלעס‬ ‫יג‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫גייט לויט די סוף פון דעם יאר‪ ,‬און אויב פירסטו זיך דעמאלט'ס אויף ווי עס‬ ‫דארף צו זיין‪ ,‬האסטו דעמאלט'ס צוריק געקערט די גאנצע יאר‪" :‬לְ טוֹבָּׁ ה"‪.‬‬ ‫אבער לכאורה דארף מען דאך אבער פארשטיין דעם מאמר חז"ל‪ ,‬ווייל וואס‬ ‫הייסט אז‪" :‬הַ כֹל ה ֹולְֵך ַאחַ ר הַ חָּׁ תּום" – ווייל וואס הייסט אז אלעס גייט לויט‬ ‫די סוף פון דעם יאר‪ ..‬און אויב פירסטו זיך אויף ווי עס דארף צו זיין סוף‬ ‫יאר‪ ,‬האסטו דעמאלט'ס צוריק געקערט די גאנצע יאר לטובה‪!?..‬‬ ‫דו ווילס'ט מיר דא זאגן אין אנדערע ווערטער אז א גאנץ יאר קען מען טוהן‬ ‫וואס מען וויל‪ ..‬און סוף יאר קען מען זיך מאכן פאר א צדיק'ל און זאגן אז‬ ‫די גאנצע יאר ווערט גערעכנט‪" :‬לְ טוֹבָּׁ ה" א דאנק דעם לעצט'ן שבת וואס‬ ‫איך האב זיך אויף געפירט ווי עס דארף צו זיין‪ !?..‬וואס איז פשט פון דעם‬ ‫מאמר חז"ל אז‪" :‬הַ כֹל ה ֹולְֵך ַאחַ ר הַ חָּׁ תּום"‪!?..‬‬ ‫נאר די תירוץ אויף דעם איז‪ ,‬אז די סיבה פארוואס אונזערע הייליגע חכמים‬ ‫האבן אונז מודיע געווען דעם הייליגן יסוד אז‪" :‬הַ כֹל ה ֹולְֵך ַאחַ ר הַ חָּׁ תּום"‬ ‫איז‪ ,‬ווייל מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט‪ ,‬אז דער אייבערשטער דארף‬ ‫דאך נאר איין זאך פון א יודיש קינד‪ ,‬און דאס איז‪ ,‬זיין "הארץ" מיט זיין‬ ‫"רצוֹן" אין דעם‪.‬‬ ‫גוטע‪ָּׁ :‬‬ ‫און דאס איז די גאנצע זאך וואס דער אייבערשטער דארף פון א יודיש קינד‪,‬‬ ‫אזוי ווי חז"ל (סנהדרין דף‪ :‬ק"ו ע"ב) זאגן דאך אונז שוין טאקע בפירוש‪,‬‬ ‫"רחֲמָּׁ נָּׁא" – אז דער הייליגער באשעפער דארף דאך נאר איין זאך פון א‬ ‫אז‪ַ :‬‬ ‫יודיש קינד‪ ,‬און דאס איז‪" :‬לִ בָּׁ א בָּׁ עֵ י" – דיין קליינע הערצעל'ע מיט דיין‬ ‫"רצוֹן" צו ווערן נאנט צום הייליגן באשעפער‪.‬‬ ‫אמת'ע‪ָּׁ :‬‬ ‫יד‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫און דער אייבערשטער בעט זיך [כביכול] ביי א יעדע יודיש קינד‪ ,‬און דער‬ ‫אייבערשטער זאגט פאר א יעדע יודיש קינד‪ ,‬אז‪" :‬תְ נָּׁה בְ נִי לִ יבְ ָך לִ י" (משלי‬ ‫קפיטל כ"ג פסוק ו') – אז געב מיר נאר דיין קליינע הארץ‪ ,‬ווייל דאס איז‬ ‫וואס איך וויל פון דיר‪ ,‬איך וויל פון דיר דיין "הארץ" מיט דיין גוטע‪:‬‬ ‫"רצוֹן" וואס ליגט באהאלטן אין דעם‪.‬‬ ‫ָּׁ‬ ‫און ממילא א גאנץ יאר‪ ..‬קען זיך דאך נאך אמאל מאכן אז א מענטש זאל זיך‬ ‫פארגעסן אמאל וואס ער טוט‪ ,‬און א גאנץ יאר קען זיך דאך נאך אמאל מאכן‬ ‫אז א מענטש זאל א דורך פאלן אמאל אין א עבירה‪ ,‬אבער ווען דער‬ ‫אייבערשטער זעהט אז א מענטש כאפט זיך צוריק סוף יאר‪ ,‬און ער לייגט‬ ‫ֱֹלקים"‪,‬‬ ‫"ק ְרבַ ת א ִ‬ ‫אריין א מורא'דיגע יגיעה סוף יאר צו באקומען אביסעל'ע‪ִ :‬‬ ‫זאגט דעמאלט'ס דער אייבערשטער אזוי‪ ,‬אז ַאה‪ ..‬יעצט פארשטיי איך שוין‬ ‫ווער דער מענטש איז באמת‪ ,‬דער מענטש איז דאך בעצם‪" :‬אַ ְך וְ ַרק כָּׁל כֻּּל ֹו‬ ‫טוֹב" – דער מענטש איז דאך בעצם גוט‪ ,‬און ער וויל דאך בעצם שטענדיג‬ ‫"רצוֹן"‪.‬‬ ‫זיין גוט‪ ,‬און ער וויל דאך בעצם שטענדיג טוהן מיין‪ָּׁ :‬‬ ‫און דאס וואס ער האט אמאל געטוהן א זאך וואס איז געווען אנטקעגן מיין‪:‬‬ ‫"רצוֹן" איז דאך נאר געווען ווייל עס האט זיך איהם געמאכט דעמאלט'ס א‬‫ָּׁ‬ ‫שוואכ'ע מינוט‪ ,‬און ביי א יעדע מענטש מאכט זיך דאך אמאל א שוואכ'ע‬ ‫מינוט‪ ,‬אבער געב נאר א קוק מיט וואס פאר א‪" :‬חֵ ׁשֶׁ ק" ער טוט יעצט מיין‪:‬‬ ‫"רצוֹן"‪,‬‬ ‫"רצוֹן" – געב נאר א קוק מיט וואס פאר א ברען ער טוט יעצט מיין‪ָּׁ :‬‬ ‫ָּׁ‬ ‫"רצוֹן" מיט א מורא'דיגע ברען‪.‬‬ ‫יעצט סוף יאר‪ ,‬ער טוט דאך יעצט מיין‪ָּׁ :‬‬ ‫און דאס ווייזט דאך שוין קלאר אז דער מענטש איז דאך בעצם‪" :‬כָּׁל כֻּּל ֹו‬ ‫טוֹב"‪ ,‬ווייל דו זעהס'ט דאך שוין אליין אז ער כאפט זיך דאך צוריק סוף יאר‪,‬‬ ‫טו‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫און דאס איז דאך א‪" :‬גִ ּלּוי ַדעַ ת" אויף א גאנץ יאר אז בעצם ליגט זיין הארץ‬ ‫שטענדיג ביים אייבערשטן אין די האנט [כביכול]‪.‬‬ ‫און איינמאל דער אייבערשטער זעהט שוין אז דער יוד איז בעצם א ערליכע‬ ‫יוד‪ ..‬נאר ער פארגעסט זיך אמאל‪ ,‬און זיין הארץ איז דאך בעצם שטענדיג‬ ‫ביים אייבערשטן‪ ,‬זאגט דעמאלט'ס דער אייבערשטער גלייך פאר אלע‬ ‫מלאכים‪ ,‬אז דער יוד דא איז דאך פון אונזערע‪.‬‬ ‫איי‪ ..‬ער האט געטוהן עבירות אינמיטן די יאר‪ !?..‬אבער נע‪ ..‬עס מוז זיין אז‬ ‫ער האט זיך דעמאלט'ס פשוט פארגעסן‪ ,‬ווייל געב נאר א קוק מיט וואס‬ ‫"רצוֹן"‪ ,‬ער טוט דאך יעצט מיין‪:‬‬‫פאר א‪" :‬חֵ ׁשֶׁ ק" ער טוט יעצט מיין‪ָּׁ :‬‬ ‫"רצוֹן" מיט א מורא'דיגע ברען‪ ,‬און ממילא וועגן דעם זאג איך יעצט אז עס‬ ‫ָּׁ‬ ‫מוז זיין אז דער יוד איז דאך בעצם‪" :‬כָּׁל כֻּּל ֹו טוֹב"‪ ,‬און ממילא וועגן דעם‬ ‫מּורים‬ ‫וועל איך איהם טאקע שוין פאר שרייבן‪" :‬בְ סִ פְ ָּׁרן ׁשֶׁ ל צַ ִד ִיקים גְ ִ‬ ‫ּובְ סִ פְ ָּׁרן ׁשֶׁ ל צַ ִד ִיקים א ֲִמתִ יִ ים"‪.‬‬ ‫איי פארוואס‪ !?..‬די תירוץ אויף דעם איז‪ ,‬ווייל מיט זיין יעצטיגע יגיעה‬ ‫"מ ַגּלֶׁה ַדעַ ת" געווען פאר א יעדעם איינעם אז בעצם געהער‬ ‫האט ער דאך‪ְ :‬‬ ‫איך דאך יא צו דעם‪ָּׁ " :‬י‪ּ-‬ה ִרבוֹן עָּׁ לַם וְ עָּׁ לְ מַ יָּׁא"‪ ,‬און בעצם וויל איך דאך יא‬ ‫זיין נאנט צום אייבערשטן‪ ,‬און צו דעם שטרעב איך דאך שטענדיג‪ ,‬נאר‪..‬‬ ‫אסאך מאל פארגעס איך זיך אביסל וואו איך בין‪ ,‬און ווער איך בין‪ ,‬און איך‬ ‫פאל דעמאלט'ס ליידער אריין אין די נעץ פון דעם יצר הרע‪.‬‬ ‫אבער מיין "הארץ"‪ !?..‬מיין "הארץ" איז דאך בעצם‪" :‬כָּׁל כֻּּל ֹו טוֹב"‪ ,‬און‬ ‫מיין "הארץ" ליגט דאך שטענדיג אין די האנט פון דעם אייבערשטן‪ ,‬און‬ ‫טז‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫ממילא וועגן דעם זאגט דער אייבערשטער סוף יאר‪ ,‬אז איך וועל איהם‬ ‫מּורים ּובְ סִ פְ ָּׁרן ׁשֶׁ ל צַ ִד ִיקים‬ ‫טאקע שוין פאר שרייבן‪" :‬בְ סִ פְ ָּׁרן ׁשֶׁ ל צַ ִד ִיקים גְ ִ‬ ‫א ֲִמתִ יִ ים"‪ ,‬ווייל יעצט איז דאך מיר נתגלה געווארן [כביכול] אז זיין "הארץ"‬ ‫ליגט דאך בעצם שטענדיג ביי מיר‪.‬‬ ‫און ממילא דאס איז די סיבה פארוואס חז"ל (ברכות דף‪ :‬י"ב ע"ב) האבן‬ ‫אונז געזאגט אז‪" :‬הַ כֹל ה ֹולְֵך ַאחַ ר הַ חָּׁ תּום" – אז אלעס גייט לויט די סוף פון‬ ‫די יאר‪ ,‬און אויב פירסטו זיך דעמאלט'ס אויף ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬האסטו‬ ‫דעמאלט'ס צוריק געקערט די גאנצע יאר לטובה‪ ,‬ווייל אויב פירסטו זיך‬ ‫"מ ַגּלֶׁה ַדעַ ת"‬ ‫אויף ווי עס דארף צו זיין סוף יאר‪ ,‬האסטו דאך דעמאלט'ס‪ְ :‬‬ ‫געווען מיט דעם פאר א יעדעם איינעם‪ ,‬אז דאס איז דאך בעצם מיין וועג צו‬ ‫וואס איך שטרעב שטענדיג‪ ,‬און אויב דו ביזט דאך טאקע בעצם א ערליכע‬ ‫יוד‪ ,‬דעמאלט'ס קומט זיך דאך דיר שוין טאקע צו ווערן אפ געשריבן מיט א‬ ‫גוטע‪" :‬כְ תִ יבָּׁ ה וְ חֲתִ ימָּׁ ה טוֹבָּׁ ה" און מיט "א גוט געבענטש'ט יאר"‪ ,‬ווייל דו‬ ‫ביזט דאך בעצם א‪" :‬כֵלִ י ָּׁראּוי לְ קַ בֵ ל" פאר שריבן צו ווערן‪" :‬בְ סִ פְ ָּׁרן ׁשֶׁ ל‬ ‫מּורים ּובְ סִ פְ ָּׁרן ׁשֶׁ ל צַ ִד ִיקים א ֲִמתִ יִ ים"‪.‬‬ ‫צַ ִד ִיקים גְ ִ‬ ‫און ממילא‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת" איז דאך א‪" :‬כַפָּׁ ָּׁרה" אויף אלע שבתים פון א‬ ‫גאנץ יאר וואס זענען ליידער נישט געווען ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬און דורך‬ ‫דעם וואס א יודיש קינד פריידט זיך מיט דעם אונטערשט'ן הייליגן שבת‬ ‫קודש פון דעם יאר‪ ,‬קען ער דורך דעם זוכה זיין צו קענען ריכטיג צו גיין צו‬ ‫דעם הייליגן‪" :‬יוֹם הַ ִדין הַ גָּׁדוֹל וְ הַ ּנו ָֹּׁרא"‪.‬‬ ‫און די ווערטער‪" :‬רֹאׁש הַ שָּׁ נָּׁה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא‪" :‬נִיגּון‬ ‫ִמשַ בָּׁ ת"‪ ,‬ווייל יא ר' יוד‪ ,‬דורך א פרייליכ'ע‪" :‬נִיגּון" פון די אונטערשט'ע‬ ‫יז‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫שבת קודש פון דעם יאר קען מען זוכה זיין צו קענען ריכטיג צו גיין צו‬ ‫דעם‪" :‬רֹאׁש הַ שָּׁ נָּׁה" – צו דעם הייליגן‪" :‬יוֹם הַ ִדין הַ גָּׁדוֹל וְ הַ ּנו ָֹּׁרא"‪.‬‬ ‫און דורך דעם וואס א יודיש קינד פריידט זיך טאקע באמת מיט דעם‬ ‫אונטערשט'ן הייליגן שבת קודש פון דעם יאר‪ ,‬און ער איז טאקע באמת‬ ‫מכבד דעם הייליגן שבת קודש מיט הייליגע מאכלי שבת קודש צוזאמען‬ ‫מיט הייליגע‪" :‬נִגּונֵי ׁשַ בָּׁ ת"‪ ,‬קען ער מיט דעם מאכן דעם‪ׁ :‬שּובָּׁ ה יהו‪-‬ה אֶׁ ת‬ ‫"ׁשבִ יתֵ נּו" – קען ער מיט דעם איבער דרייען אלע "שבתים" פון דעם גאנצן‬ ‫ְ‬ ‫יאר לטובה ולברכה‪.‬‬ ‫און בכלל‪ ..‬דארף מען דאך וויסן‪ ,‬אז א‪" :‬נִיגּון" האט דאך גאר גאר א‬ ‫געוואלדיג'ן כח‪ ,‬און עס קען פשוט פאר שניידן מזיקים‪ ,‬און עס קען פשוט‬ ‫פאר שניידן אלע שלעכטע מלאכים וואס ווילן קומען עדות זאגן אין בית דין‬ ‫של מעלה אנטקעגן דעם יוד וואס וועט שטיין אין דעם גרויסן הייליגן טאג‬ ‫פון‪" :‬רֹאׁש הַ שָּׁ נָּׁה" אנטקעגן איבער דעם הייליגן‪" :‬מֶׁ לְֶׁך הַ ִמ ְׁשפָּׁ ט" בְ אֵ ימָּׁ ה‬ ‫ּובְ י ְִרָאה ּובְ ֶׁרתֶׁ ת ּובְ זִ יעָּׁ ה‪ ,‬און ממילא וועגן דעם איז טאקע‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת"‬ ‫די פאסיג'סטע צייט אויס צו נוצן דעם שארפ'ן שווערד וואס הייסט "נגינה"‬ ‫און פאר שניידן מיט דעם אלע שלעכטע מקטריגים וואס ווילן קומען מקטרג‬ ‫זיין אויבן אין הימל אין דעם גרויסן הייליגן טאג פון‪" :‬רֹאׁש הַ שָּׁ נָּׁה"‪.‬‬ ‫און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין די ספרים הק'‪ ,‬אז א‪:‬‬ ‫"נִיגּון" ווערט דאך טאקע אויך ָאן גערופן‪" :‬זֶׁמֶׁ ר" – פאר שניידן‪ ,‬ווייל א‪:‬‬ ‫"נִיגּון" פאר שניידט דאך טאקע אלע שלעכטע מלאכים וואס ווילן קומען‬ ‫רעדן שלעכט'ס אנטקעגן יודישע קינדער‪.‬‬ ‫יח‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫און די ווארט‪" :‬נִיגּון" – איז דאך טאקע אויך גימטריא‪ :‬קי"ט‪ ,‬און דאס גייט‬ ‫דאך ארויף אויף קפיטל קי"ט שבתהלים‪ ,‬און עס איז דאך שוין באקאנט פאר‬ ‫א יעדעם איינעם‪ ,‬אז אין קפיטל קי"ט שבתהלים זינגט דאך דוד המלך עליו‬ ‫השלום גאר שטארקע מזמורים אויף עניני "רוחניות"‪ ,‬און ער בעט דארטן‬ ‫דעם אייבערשטן‪ ,‬אז‪" :‬גַל עֵ ינַי וְ אַ בִ יטָּׁ ה נִפְ לָּׁאוֹת ִמתו ָֹּׁרתֶׁ ָך"‪ ,‬און אז‪" :‬זְ כָּׁר‬ ‫ָּׁדבָּׁ ר לְ עַ בְ ֶׁדָך עַ ל אֲׁשֶׁ ר יִחַ לְ תָּׁ נִי"‪ ,‬און אז‪" :‬טוֹב לִ י תו ַֹרת פִ יָך מֵ ַאלְ פֵ י זָּׁהָּׁ ב‬ ‫ָּׁוכָּׁסֶׁ ף"‪ ,‬און אז‪" :‬יָּׁׁשּובּו לִ י יְרֵ אֶׁ יָך וְ י ְֹדעֵ י עֵ דֹתֶׁ יָך"‪ ,‬און אז‪" :‬לּולֵי תו ָֹּׁרתְ ָך‬ ‫ׁשַ ֲעׁשֻּעָּׁ י ָאז ָאבַ ְדתִ י בְ עָּׁ ְניִי"‪ ,‬און אז‪" :‬מָּׁ ה ָאהַ בְ תִ י תו ָֹּׁרתֶׁ ָך כָּׁל הַ יוֹם הִ יא‬ ‫ִשיחָּׁ תִ י"‪ ,‬און אז‪" :‬מַ ה ּנ ְִמלְ צּו לְ ִחכִ י אִ ְמ ָּׁרתֶׁ ָך ִמ ְדבַ ׁש לְ פִ י"‪ ,‬און אז‪" :‬נֵר לְ ַרגְ לִ י‬ ‫ְדבָּׁ ֶׁרָך וְ אוֹר לִ נְתִ יבָּׁ תִ י"‪ ,‬און אז‪" :‬עַ בְ ְדָך ָאנִי הֲבִ י ֵננִי וְ אֵ ְדעָּׁ ה עֵ דֹתֶׁ יָך"‪ ,‬און אז‪:‬‬ ‫"ראֵ ה עָּׁ ְניִי וְ חַ ּלְ צֵ נִי כִ י תו ָֹּׁרתְ ָך ֹלא ׁשָּׁ כ ְָּׁחתִ י"‪ ,‬און אזוי ווייטער בעט זיך דארטן‬ ‫ְ‬ ‫דוד מלך ישראל צענדליגע הארציגע מזמורים אויף עניני "רוחניות"‪.‬‬ ‫און די ספרים הק' זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך‪ ,‬אז ביי קפיטל קי"ט‬ ‫שבתהלים קען מען אויס פועל'ן גאר גאר גרויסע ישועות אסאך אסאך מער‬ ‫ווי ביי אלע אנדערע קפיטלעך שבתהלים‪.‬‬ ‫און עס איז דאך שוין טאקע אויך דא א פסוק אין פרשת ואתחנן (קפיטל ו'‬ ‫פסוק י"ט) וואס זאגט אונז אזוי‪ ,‬אז‪ַ " :‬ל ֲהדֹף" אֶׁ ת כָּׁל אֹ יְבֶׁ יָך ִמפָּׁ נֶׁיָך וגו' –‬ ‫אוועק צו שטופן אלע שלעכטע פיינט פון די יודישע קינדער‪.‬‬ ‫און די ספרים הק' זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך‪ ,‬אז די ווארט‪ַ " :‬ל ֲהדֹף" –‬ ‫איז דאך טאקע אויך גימטריא‪ :‬קי"ט‪ ,‬און די ווארט‪ַ " :‬ל ֲהדֹף" – איז דאך‬ ‫טאקע אויך גימטריא‪" :‬נִיגּון"‪ ,‬ווייל יא ר' יוד‪ ,‬דורך דעם וואס א יודיש קינד‬ ‫"ש ְמחָּׁ ה"‪ ,‬קען ער‬ ‫זינגט דעם הייליגן קפיטל פון קי"ט מיט כוונה און מיט‪ִ :‬‬ ‫יט‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫מיט דעם זוכה זיין צו‪ַ " :‬ל ֲהדֹף" אֶׁ ת כָּׁל אֹ יְבֶׁ יָך ִמפָּׁ נֶׁיָך וגו' – קען ער מיט דעם‬ ‫זוכה זיין אוועק צו שטופן אלע שלעכטע פיינט פון די יודישע קינדער‪.‬‬ ‫און דאס מיינט דאך אוודאי נישט קיין צווייטער ווי דער "יצר הרע" אליין‬ ‫וואס איז דאך דער גרעסט'ער "שונא" פאר א יודיש קינד‪ ,‬ווייל דער‬ ‫שלעכט'ער "יצר הרע" פראבירט דאך שטענדיג‪ַ " :‬ל ֲהדֹף" – ווייל דער‬ ‫שלעכט'ער "יצר הרע" פראבירט דאך שטענדיג אראפ צו ווארפן א יודיש‬ ‫קינד אין א עבירה‪.‬‬ ‫און יא טייערע יודן‪ ,‬דורך א הייליגע‪" :‬נִיגּון" וואס א יודיש קינד זינגט פארן‬ ‫גרויסן‪" :‬מֶׁ לְֶׁך מַ לְ כֵי הַ ְמלָּׁכִ ים הַ קָּׁ דוֹׁש בָּׁ רּוְך הּוא"‪ ,‬און נאך דערצו פון קפיטל‬ ‫קי"ט‪ ,‬קען ער דורך דעם זוכה זיין אוועק צו שטופן פון זיך אלע שלעכטע‬ ‫מקטריגים וואס וויל איהם קומען בארעדן פארן הייליגן באשעפער‪.‬‬ ‫און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך אין פסוק ביי יעקב אבינו אין פרשת‬ ‫וישלח (קפיטל ל"ב פסוק כ"ה)‪ ,‬אז‪ַ " :‬ו ֵיָאבֵ ק" אִ יׁש עִ מ ֹו עַ ד עֲלוֹת הַ שָּׁ חַ ר –‬ ‫אז די שטן האט זיך געשלאגן מיט יעקב אבינו ביז די עלות השחר‪.‬‬ ‫און די ווארט‪ַ " :‬ויֵָאבֵ ק" – איז דאך טאקע אויך גימטריא‪ :‬קי"ט‪ ,‬און די‬ ‫ספרים הק' זאגן דאך אונז שוין טאקע אויף דעם בפירוש‪ ,‬אז‪ ..‬יא‪ ,‬דער‬ ‫גרויסער הייליגער צדיק יעקב אבינו האט מנצח געווען די‪" :‬שַ ר ֹו ׁשֶׁ ל עֵ שָּׁ יו"‬ ‫מיט דעם דאזיג'ן מזמור פון קפיטל קי"ט שבתהלים‪ ,‬אזוי גרויס איז די כח‬ ‫פון "זמירות" פון יודישע קינדער‪ ,‬אז עס קען פשוט מנצח זיין‪" :‬שַ ְרפֵ י‬ ‫מַ עְ לָּׁה"‪!..‬‬ ‫כ‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫און טאקע דערפאר האט מיר אלע געזעהן‪ ,‬אז די הייליגע סקולענ'ע רבי'ס‬ ‫זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל האבן טאקע מחבר געווען גאר אסאך‬ ‫הייליגע ניגונים פון דעם הייליגן קפיטל קי"ט שבתהלים‪ ,‬ווי צום ביישפיל‪:‬‬ ‫"גַל עֵ ינַי וְ אַ בִ יטָּׁ ה נִפְ לָּׁאוֹת ִמתו ָֹּׁרתֶׁ ָך"‪ ,‬און‪" :‬זְ כָּׁר ָּׁדבָּׁ ר לְ עַ בְ ֶׁדָך עַ ל אֲׁשֶׁ ר‬ ‫יִחַ לְ תָּׁ נִי"‪ ,‬און‪" :‬טוֹב לִ י תו ַֹרת פִ יָך מֵ ַאלְ פֵ י זָּׁהָּׁ ב ָּׁוכָּׁסֶׁ ף"‪ ,‬און‪" :‬יָּׁׁשּובּו לִ י יְרֵ אֶׁ יָך‬ ‫וְ י ְֹדעֵ י עֵ דֹתֶׁ יָך"‪ ,‬און‪" :‬לּולֵי תו ָֹּׁרתְ ָך ׁשַ ֲעׁשֻּעָּׁ י ָאז ָאבַ ְדתִ י בְ עָּׁ ְניִי"‪ ,‬און‪" :‬מָּׁ ה‬ ‫ָאהַ בְ תִ י תו ָֹּׁרתֶׁ ָך כָּׁל הַ יוֹם הִ יא ִשיחָּׁ תִ י"‪ ,‬און‪" :‬מַ ה ּנ ְִמלְ צּו לְ ִחכִ י אִ ְמ ָּׁרתֶׁ ָך ִמ ְדבַ ׁש‬ ‫לְ פִ י"‪ ,‬און‪" :‬נֵר לְ ַרגְ לִ י ְדבָּׁ ֶׁרָך וְ אוֹר לִ נְתִ יבָּׁ תִ י"‪ ,‬און‪" :‬עַ בְ ְדָך ָאנִי הֲבִ י ֵננִי וְ אֵ ְדעָּׁ ה‬ ‫"ראֵ ה עָּׁ ְניִי וְ חַ ּלְ צֵ נִי כִ י תו ָֹּׁרתְ ָך ֹלא ׁשָּׁ כ ְָּׁחתִ י"‪ ,‬און אזוי ווייטער‪.‬‬ ‫עֵ דֹתֶׁ יָך"‪ ,‬און‪ְ :‬‬ ‫און אחרון אחרון חביב‪ ..‬האט דאך דער הייליגער בעל נועם אליעזר‬ ‫מסקולען זצ"ל מחבר געווען גאר גאר א הייליגן‪" :‬נִיגּון" אויף די לעצטע‬ ‫ווערטער פון דעם הייליגן קפיטל קי"ט שבתהלים‪ ,‬און דאס איז דאך טאקע‬ ‫דעם הייליגן באקאנט'ן‪" :‬נִיגּון" פון‪" :‬תָּׁ עִ יתִ י כְ שֶׁ ה אֹ בֵ ד בַ קֵ ׁש עַ בְ ֶׁדָך כִ י‬ ‫ִמצְ וֹתֶׁ יָך ֹלא ׁשָּׁ כ ְָּׁחתִ י" וואס זינגט זיך דאך שוין היינטיג'ן טאג מיט גרויס‬ ‫הארץ און געפיל בכל תפוצות ישראל‪ ,‬און דאס איז דאך טאקע די לעצטע‬ ‫ווערטער וואס א יודיש קינד דארף דאך טאקע שטענדיג געדענקען‪.‬‬ ‫ווייל די לעצטע ווערטער וואס א יודיש קינד דארף שטענדיג געדענקען‬ ‫בעניני "רוחניות" איז דאך טאקע‪ ,‬אז‪" :‬תָּׁ עִ יתִ י כְ שֶׁ ה אֹ בֵ ד" – אז אפילו איך‬ ‫בין גאר שטארק פאר בלאנזשע'ט אין דעם שווער'ן ביטער'ן‪" :‬גָּׁלּות אֱדוֹם"‬ ‫צוזאמען מיט אירע ביטער'ע נסיונות‪ ,‬אפיל הכי בעט איך דיר אבער נאך‬ ‫אלץ הייליגער גרויסער טאטע אין הימל‪ ,‬אז‪" :‬בַ קֵ ׁש עַ בְ ֶׁדָך" – אז זוך מיר‬ ‫אויף הייליגער גרויסער טאטע אין הימל‪.‬‬ ‫כא‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫ווייל ניין טאטע‪" :‬כִ י ִמצְ וֹתֶׁ יָך ֹלא ׁשָּׁ כ ְָּׁחתִ י" – איך האב נישט פארגעסן פון‬ ‫"מצְ וַת הַ תו ָֹּׁרה"‪ ,‬און אין הארצן וויל איך דאך אבער בעצם‬ ‫דיינע הייליגע‪ִ :‬‬ ‫יא זיין גוט‪ ,‬און אין הארצן שטרעב איך דאך אבער יא שטענדיג צו דיר‬ ‫הייליגער גרויסער טאטע אין הימל‪.‬‬ ‫און ממילא זוך מיר אויף הייליגער גרויסער טאטע אין הימל‪ ,‬און נעם מיר‬ ‫שוין צוריק אהיים קיין ירושלים עיר הקודש‪ ,‬און בוי שוין אויף דיין הייליגן‬ ‫בית המקדש וואס איז ליידער חרוב‪" :‬הַ ְׁשתָּׁ א בַ ֲע ָּׁגלָּׁא ּובִ זְ מַ ן קָּׁ ִריב"‪ ,‬ווייל‪:‬‬ ‫"הַ בָּׁ א לִ ּטָּׁ הֵ ר ְמסַ יְ עִ ין אוֹת ֹו ִמן הַ שָּׁ מַ יִם"‪.‬‬ ‫"ׁש ָּׁירה"‪ ,‬איז דאך טאקע כדאי צו‬ ‫און אז מען רעדט שוין פון דעם ענין פון‪ִ :‬‬ ‫דערמאנען דא ביי דעם געלעגענהייט‪ ,‬אז דער הייליגער שר התורה מרן‬ ‫החתם סופר זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל האט אמאל געזאגט פאר יודישע‬ ‫קינדער‪ ,‬אז אויב ווילסטו זוכה זיין אויס צו מעקן אלע דיינע עבירות וואס דו‬ ‫האסט געטוהן דורך אויס דיין גאנצן לעבן‪ ,‬האסטו דעמאלט'ס צוויי ברירות‪.‬‬ ‫א) דורך דעם וואס דו וועסט פאר גיסן טייכן "טרערן" פארן הייליגן‬ ‫באשעפער‪[ ,‬אבער דאס קומט דאך נישט ָאן אזוי גרינג]‪.‬‬ ‫ב) דורך דעם וואס דו וועסט זינגען ערליכע הייליגע "ניגונים" פארן הייליגן‬ ‫באשעפער‪.‬‬ ‫און דער הייליגער חתם סופר האט זיי דעמאלט'ס אויך געזאגט‪ ,‬אז דאס‬ ‫זאגט דאך אונז שוין טאקע דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך‬ ‫עליו השלום‪ ,‬ווייל דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו‬ ‫כב‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫השלום זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל‬ ‫קכ"ו פסוק ה')‪ ,‬אז‪" :‬הַ ז ְֹרעִ ים" – אז די סארט מענטשן וואס זענען ליידער‬ ‫זורע שלעכטע זאכן אן זיי טוען ליידער עבירות‪ ,‬האבן צוויי וועגן ווי אזוי‬ ‫זיי קענען אוועק שניידן זייערע שלעכטע עבירות וואס זיי האבן געטוהן‪.‬‬ ‫א) דורך‪" :‬בְ ִד ְמעָּׁ ה" – דורך דעם וואס מען וועט פאר גיסן הייסע "טרערן"‬ ‫פארן הייליגן באשעפער‪[ ,‬אבער דאס קומט דאך נישט ָאן אזוי גרינג]‪.‬‬ ‫ב) דורך‪" :‬בְ ִרּנָּׁה" – דורך דעם וואס זיי וועלן זיך פרייען מיט די הייליגע‪:‬‬ ‫"מצְ וַת הַ בוֹרֵ א בָּׁ רּוְך הּוא" וואס זיי האבן יא זוכה געווען מקיים צו זיין‪.‬‬ ‫ִ‬ ‫און דאס איז די צוויי סארטן וועגן ווי אזוי‪" :‬י ְִקצֹרּו" – און דאס איז די צוויי‬ ‫סארטן וועגן ווי אזוי א מענטש קען אוועק שניידן זיינע שלעכטע עבירות‬ ‫וואס ער האט געטוהן‪ ,‬אדער דורך‪" :‬בְ ִד ְמעָּׁ ה" – אדער דורך הייסע‬ ‫"טרערן"‪ ,‬און אדער דורך‪" :‬בְ ִרּנָּׁה" – און אדער דורך דעם וואס מען זינגט‬ ‫ערליכע הייליגע יודישע "ניגונים" פארן הייליגן באשעפער‪.‬‬ ‫און יא טייערע יודן‪ ,‬אויב זינגט מען ערליכע הייליגע יודישע "ניגונים" פארן‬ ‫הייליגן באשעפער‪ ,‬איז מען דעמאלט'ס זוכה אויס צו מעקן אלע עבירות‬ ‫וואס מען האט געטוהן דורך אויס דעם גאנצן לעבן‪.‬‬ ‫און ממילא לאמיר נישט זיין קיין נערנים טייערע יודן‪ ,‬און לאמיר אויס‬ ‫ברעכן אין א פייער'דיגע "געזאנג" פארן הייליגן באשעפער [אנשטאדט‬ ‫אויס ברעכן אין א יאמערליכ'ע געוויין פארן הייליגן באשעפער]‪ ,‬און לאמיר‬ ‫אלע צוזאמען טוהן בפועל ממש דאס וואס מיר זאגן אלע ביי די יוצר פון‬ ‫כג‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫שבת החודש‪ ,‬ווייל מיר זאגן דאך שוין אלע ביי די יוצר פון שבת החודש‬ ‫דעם לשון‪ ,‬אז‪" :‬פְ צוֹחַ ִׁש ִירים תְ מּור בְ כִ יוֹת" – אז לאמיר אלע ענדערש אויס‬ ‫ברעכן אין א פייער'דיגע "געזאנג" פארן הייליגן באשעפער‪ ..‬אנשטאדט‬ ‫דארפן אויס ברעכן אין א יאמערליכ'ע "געוויין" פארן הייליגן באשעפער‪.‬‬ ‫און די ווערטער‪" :‬פְ צוֹחַ ִׁש ִירים תְ מּור בְ כִ יוֹת" – איז דאך טאקע אויך ראשי‬ ‫תיבות‪ :‬תשפ"ב‪ ,‬ווייל יא טייערע יודן‪ ,‬יעצט ווען מיר שטייען שוין דא אלע‬ ‫ביים סוף פון דעם פארגאנגענעם יאר שנת תשפ"ב‪ ..‬איז דאך טאקע די‬ ‫פאסיג'סטע צייט מקיים צו זיין דעם‪" :‬פְ צוֹחַ ִׁש ִירים תְ מּור בְ כִ יוֹת"‪.‬‬ ‫און יא טייערע יודן‪ ,‬אויב ווילן מיר אלע זוכה זיין צו‪" :‬כַפָּׁ ַרת עֲווֹנוֹת"‪,‬‬ ‫דארפן מיר דעמאלט'ס אלע טוהן די הייליגע פעולה פון‪" :‬פְ צוֹחַ ִׁש ִירים‬ ‫"ׁשבְ חּו‬ ‫תְ מּור בְ כִ יוֹת" און ממילא‪" :‬עַ ל זֹאת" – און ממילא וועגן דעם‪ ,‬איז‪ִ :‬‬ ‫אֲהּובִ ים וְ רו ְֹממּו לָּׁאֵ ‪-‬ל"‪ ,‬און‪" :‬וְ נָּׁתְ נּו י ְִד ִידים" – און די ידידים פון דעם‬ ‫גרויסן הייליגן‪" :‬י ְִדיד נֶׁפֶׁ ׁש ָאב הָּׁ ַרחֲמָּׁ ן" וועלן געבן‪" :‬זְ ִמירוֹת ִׁשירוֹת‬ ‫וְ תִ ְׁשבָּׁ חוֹת בְ ָּׁרכוֹת וְ הו ָֹּׁדאוֹת לַמֶׁ לְֶׁך אֵ ‪-‬ל חַ י וְ קַ יָּׁם"‪ ,‬ווייל זינגען "ניגונים"‬ ‫פרייליכערהייט איז דאך גאר גאר א גרויסע סגולה פאר‪" :‬כַפָּׁ ַרת עֲווֹנוֹת"‪.‬‬ ‫אז די וואך איז דאך‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת"‪ ,‬און די ווארט‪" :‬סְ לִ יחוֹת" – איז דאך‬ ‫"ׁש ָּׁירה" [מיטן כולל]‪ ,‬כדי צו ווייזן מיט דעם פאר א‬ ‫טאקע אויך גימטריא‪ִ :‬‬ ‫מענטש‪ ,‬אז יא ר' יוד‪ ,‬דאס איז‪" :‬סְ לִ יחוֹת"‪ !..‬וואס איז‪" :‬סְ לִ יחוֹת"‪!?..‬‬ ‫"ׁש ָּׁירה"‪ ,‬און נישט איך זאג‬ ‫די תירוץ אויף דעם איז‪ ,‬אז‪" :‬סְ לִ יחוֹת" איז‪ִ :‬‬ ‫אזוי‪ ,‬נאר דער הייליגער שר התורה מרן החתם סופר זכותו יגן עלינו ועל כל‬ ‫ישראל זאגט אזוי‪!..‬‬ ‫כד‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫און ממילא יא ר' יוד‪ ,‬דו זאלסט טוהן די פעולה פון‪" :‬וְ עַ תָּׁ ה כִ תְ בּו ָּׁלכֶׁם אֶׁ ת‬ ‫הַ ִש ָּׁירה הַ זֹאת" וגו' ביי דיר אין הארץ‪ ,‬און דו זאלסט איין קריצן ביי דיר אין‬ ‫הארץ אמת'ע הייליגע ערליכע יודישע ניגונים‪ ,‬ווייל דורך דעם וועסטו דאך‬ ‫קענען זוכה זיין צו‪" :‬כַפָּׁ ַרת עֲווֹנוֹת" גרינגערהייט און לייכטערהייט‪.‬‬ ‫און דער הייליגער חתם סופר זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל [וואס איז דאך‬ ‫געווען דער גרויסער‪" :‬שַ ר צְ בָּׁ א יהו‪-‬ה"] האט דאך שוין טאקע אויך אמאל‬ ‫געזאגט‪ ,‬אז ער איז גרייט אוועק צו געבן א העלפט פון זיין "תורה" וואס ער‬ ‫האט געהאט געלערנט דורך אויס זיין גאנץ לעבן אבי‪ ..‬אז איינער זאל איהם‬ ‫געבן א חלק פון‪" :‬כֹחַ הַ ּנְגִ ינָּׁה"‪ ,‬אפילו נאר א קליין חלק‪.‬‬ ‫ווייל א הייליגע‪" :‬כֹחַ הַ ּנְגִ ינָּׁה" איז דאך גאר גאר א הייליגע כח‪ ,‬און א ניגון‬ ‫האט דאך גאר גאר א געוואלדיג'ן כח ארויס צו ברענגען א געפיל פון א‬ ‫מענטש צו א געוויסע זאך‪ ,‬און די גרעסטע מדריגה אויף דער וועלט איז‬ ‫דאך‪ַ :‬ל ֲעבֹד אֶׁ ת יהו‪-‬ה אֱֹלקֶׁ יָך "בְ כָּׁל לְ בָּׁ בְ ָך" – און די גרעסטע מדריגה אויף‬ ‫דער וועלט איז דאך צו דינען דעם הייליגן באשעפער מיטן גאנצן "הארץ"‪,‬‬ ‫"רחֲמָּׁ נָּׁא לִ בָּׁ א בָּׁ עֵ י"‪ ,‬און דורך א "ניגון" קען מען דאך זוכה זיין‪ַ :‬ל ֲעבֹד‬ ‫ווייל‪ַ :‬‬ ‫אֶׁ ת יהו‪-‬ה אֱֹלקֶׁ יָך "בְ כָּׁל לְ בָּׁ בְ ָך" כפשוטו ממש‪ ,‬און איינער פון די עיקר וועגן‬ ‫ווי אזוי א מענטש קען זיך אויס גיסן זיין הארץ צום אייבערשטן איז דאך‬ ‫טאקע דורך א "ניגון"‪.‬‬ ‫און מיר וועלן דא ענדיגן דעם ענין מיט א טייער ווארט בנוגע דעם ענין פון‬ ‫"נגינה"‪ ,‬און מיט דעם וועלן מיר שליסן דעם ענין דא‪" :‬בְ סִ יַעְ תָּׁ א ִד ְׁשמַ יָּׁא"‪,‬‬ ‫און דאס איז‪ ,‬אז די ווארט‪" :‬נִיגּון" – איז דאך טאקע אויך גימטריא‪:‬‬ ‫"אֱמּונָּׁה חַ י" [מיטן כולל] – א לעבעדיגע‪" :‬אֱמּונָּׁה" אין דעם הייליגן‪" :‬ב ֹורֵ א‬ ‫כה‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫כָּׁל ע ֹול ִָּׁמים"‪ ,‬ווייל יא ר' יוד‪ ,‬א אמת'ע ערליכע הייליגע‪" :‬נִיגּון" לעבט דאך‬ ‫נאר אויף די ריינע‪" :‬אֱמּונָּׁה" וואס א יודיש קינד פארמאגט ביי זיך אין‬ ‫הארץ‪ ,‬און דאס ברענגט דאך איהם נאר נענטער און נענטער‪" :‬לְ ָאבִ ינּו‬ ‫ׁשֶׁ בַ שָּׁ מַ יִם"‪.‬‬ ‫און נאך שיינע רמז איז כדאי צו דערמאנען דא‪" :‬לְ כָּׁבוֹד ׁשַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת"‪ ,‬און‬ ‫דאס איז‪ ,‬אז די ווערטער‪ִׁ " :‬ש ָּׁירה וְ זִ ְמ ָּׁרה" [מיט די ניין אותיות מיט די צוויי‬ ‫ווערטער] – איז דאך טאקע אויך גימטריא‪" :‬הַ כֹל ה ֹולְֵך ַאחַ ר הַ חָּׁ תּום"‪ ,‬ווייל‬ ‫יא ר' יוד‪ ,‬דורך די הייליגע‪" :‬נִגּונֵי ׁשַ בָּׁ ת קו ֶֹׁדׁש" פון דעם אונטערשט'ן שבת‬ ‫פון דעם יאר‪ׁ" :‬שַ בָּׁ ת סְ לִ יחוֹת"‪ ,‬קען מען מתקן זיין אלע שבתים פון דעם‬ ‫גאנצן יאר וואס זענען נישט געווען ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬ווייל אויב חז"ל‬ ‫זאגן אונז אז‪" :‬הַ כֹל ה ֹולְֵך ַאחַ ר הַ חָּׁ תּום"‪ ,‬דעמאלט'ס איז‪" :‬הַ כֹל ה ֹולְֵך ַאחַ ר‬ ‫הַ חָּׁ תּום פְ ׁשּוט ֹו כְ מַ ְׁשמָּׁ ע ֹו"‪:‬‬ ‫!‬‫ַהכל הולך ַא ַחר ַה ָחתום‬ ‫און מיט דעם ענדיגן מיר‪ :‬אז מיר זאלן זוכה זיין אז ווען‬ ‫עס וועט זיין‪" :‬אָּ סֻ ָּרה נָּא" – ווען מען וועט אוועק גיין פון‬ ‫דעם גרויסן התעוררות‪ ,‬זאל אבער נאך אלץ זיין‪:‬‬ ‫"וְ אֶ ְראֶ ה אֶ ת הַׁ ַׁמ ְראֶ ה הַׁ ָּגדֹל הַׁ זֶה"‪!..‬‬ ‫תם ולא נשלם!‬ ‫שבח ושירה לאל בורא עולם!‬ ‫יצא לאור לז"נ זקני הרב ר' יצחק בן יונה ז"ל‬ ‫כו‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫כז‬ ‫אליעזר‬ ‫שבת סליחות‬ ‫נעימות‬ ‫כח‬