עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — ניצבים וילך (2026-08-31)

זה השער לד'
צדיקים יבאו בו
דברי תורה אין אידיש
בדרכי העבודה והחסידות
עוﬥﬨ
ארויסגענומען פונעם
ספר
שבﬨ
מאת
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
ממונקאטש
פרשת נצבים-וילך
ארויסגעגעבן דורך:
תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש
בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א
5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219
צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול
דאס צו באקומען אין אימעיל,
שרייבט אייך איין בייTTTB5202@gmail.com :
עולת שבת -מונקאטש ב
תוכן המאמר:
בכריתת הברית נכללו כל ישראל מכל הדורות,
ואף האבות הקדושים .והביאור ,שיש שתי בחינות
בהתקשרות הדורות .האחת ,שכל דור מקבל ומוסר
מדור לדור .והשניה ,שלפני הקב"ה שהוא למעלה מן
הזמן ,כל הדורות נחשבים כאחד .שתי בחינות אלו
מתגלות גם בראש השנה" ,כל באי עולם עוברין לפניו
כבני מרון" ,ומאידך "כולן נסקרין בסקירה אחת" .וכן
בענין זכות אבות ,יש בחינה שזכות האבות עוברת
ומגינה על הבנים מדור לדור .ומאידך ,כאשר כל
הדורות נצבים לפניו יתברך ,האבות הקדושים כביכול
עומדים עמנו ממש ,וזכותם מגינה עלינו כבדורם גופא.
ובכח אותה ברית וזכות אבות ,אנו נצבים וקיימים
לפניו יתברך.
ג פרשת נצבים-וילך
עולת שבת -מונקאטש ד
פרשת נצבים-וילך
ַאֶּתֶ ם ִִנָצִָבִ ים ַהַיֹום ֻּכְֻלְ ֶכֶם ִלִ ְפְ ֵנֵי ד' ֱאֱֹל ֵֹקֵ יֶכֶם
ָָראֵׁשֵ יֶכֶם ִׁשִ ְבְ ֵטֵיֶכֶם ִז ְְִקֵנֵיֶכֶם ְוְ ֹׁש ְֹטְ ֵֵריֶכֶם
ֹּכ ֹל ִִאיׁש ִי ְְִׂש ָָרֵאֵ ל.
(כט ,ט)
ਪ״אתם קיימים לפניו"
רש"י ברענגט בשם דעם מדרש אגדה :פארוואס שטייט די פרשה פון "אתם נצבים״ גלייך
נאך די קללות וואס שטייען אין פרשת כי תבוא? ווייל ווען די אידן האבן געהערט די
אכט און ניינציג קללות ,אויסער די ניין און פערציג קללות וואס שטייען אין תורת כהנים,
אין פרשת בחוקותי ,זענען זייערע פנימ'ער בלאס געווארן ,און זיי האבן געזאגט :״מי יוכל
לעמוד באלו" -ווער קען דען ביישטיין אזעלכע קללות.
האט משה רבינו אנגעהויבן זיי צו בארואיגן און מחזק זיין :״אתם נצבים היום״ -עטס
זענטס דא ,עטס שטייטס נאך היינט .״הרבה הכעסתם למקום ולא עשה אתכם כליה ,והרי
אתם קיימים לפניו״ -עטס האטס אסאך מאל דערצערנט דעם אויבערשטן ,און דאך האט
ער ענק נישט פארטיליגט ,עטס זענטס נאך אלץ קיימים ועומדים לפניו.
לכאורה דארף מען פארשטיין :דאס איז דאך אליין שווער .אויב די אידן האבן שוין אזויפיל
מאל דערצערנט דעם אויבערשטן -ווי אזוי זענען זיי טאקע נאך אלץ געבליבן שטיין .אויף
דעם אליין זענען דאך געזאגט געווארן די אלע תוכחות און קללות וואס שטייען געשריבן
אין די הייליגע תורה.
ה פרשת נצבים-וילך
וואס איז דער חיזוק וואס משה רבינו גיבט דא פאר כלל ישראל.
ਪ״את אשר ישנו פה״
מען קען דאס מסביר זיין לויט דעם וואס שטייט ווייטער אין פסוק (כט ,יג)" :ולא אתכם
לבדכם אנכי כורת את הברית הזאת וגו' ,כי את אשר ישנו פה עמנו עומד היום לפני ד' אלקינו,
ואת אשר איננו פה עמנו
היום״.
די ברית איז נישט געווען
(זעה ש"ך על די מפרשים
התורה) ,ערקלערן אז די
נאר מיט די אידן וואס זענען
ווערטער "את אשר איננו פה דעמאלט געשטאנען אין
עמנו היום״ זענען מרמז אויך מדבר .די ברית איז מיט כלל
אויף די דורות וואס זענען
שוין אוועק פון דער וועלט,
ישראל לדורותיו -מיט אלע
און צווישן זיי די הייליגע אידן פון אלע דורות.
אבות ,וועלכע האבן מקיים
געווען די גאנצע תורה .אויך זיי זענען אריינגענומען געווארן אין דעם ברית.
מיט דעם טייטשן זיי דעם לשון הפסוק "את אשר ישנו פה" -אז אפילו די וואס זענען שוין
אוועק פון דער וועלט ,און זענען שוין אין א בחינה פון "ישנים" ,ווערן פאררעכנט ווי זיי
שטייען און געפינען זיך דא ,צוזאמען מיט כלל ישראל ביי דעם ברית.
אזוי איז אויך מבואר אין תרגום יונתן ,אז דער פסוק גייט ארויף אויף אלע דורות :פון די
וואס זענען שוין אריבער ,פון אנהויב פון דער וועלט ,ביז די וואס וועלן נאך אויפשטיין ביז
צום סוף כל הדורות -אלע שטייען זיי דא צוזאמען מיט אונז היינט.
דאס איז דער יסוד אין די ברית פון הקב"ה מיט כלל ישראל :די ברית איז נישט געווען
נאר מיט די אידן וואס זענען דעמאלט געשטאנען אין מדבר .די ברית איז מיט כלל ישראל
לדורותיו -מיט אלע אידן פון אלע דורות.
ਪ״כלכם לפני ד׳ אלקיכם״
דער קשר צווישן איין דור און דעם צווייטן ביי כלל ישראל איז אויף צוויי אופנים.
די ערשטע איז לויט דעם סדר פון דורות :איין דור קומט נאך א צווייטן .דער פריערדיגער
דור גיבט איבער פאר די קינדער דאס וואס ער האט מקבל געווען ,דאס וואס ער האט
עולת שבת -מונקאטש ו
געזעהן און געהערט ,און די קינדער נעמען עס ווייטער און גיבן עס איבער פאר זייערע
קינדער.
דאס איז די קייט פון מסורה ,ווי חז"ל זאגן אין אבות (פרק א משנה א)" :משה קיבל תורה
מסיני ומסרה ליהושע" .משה רבינו האט באקומען די תורה און עס איבערגעגעבן פאר
יהושע ,יהושע האט עס ווייטער איבערגעגעבן ,און אזוי גייט די תורה און די מסורה פון
דור צו דור.
אין דעם אופן איז דא א חילוק צווישן די דורות :עס איז דא דער דור וואס איז געווען פאר
אונז ,און דער דור וואס קומט נאך אונז .דער קומענדיגער נעמט איבער פונעם פריערדיגן
און גיבט ווייטער פאר די וואס קומען נאך איהם.
אבער עס איז דא נאך אן אופן .נישט נאר אז איין דור איז פארבונדן מיטן קומענדיגן דור,
נאר אלע דורות פון כלל ישראל זענען בעצם איין מציאות .אלע זענען איינגעשלאסן
איינער אינעם צווייטן ,און אלע ווערן פאררעכנט ווי איינס.
ווען קומט דאס ארויס .ווען מען שטייט "לפני ד' אלקיכם".
דער באשעפער איז אין סוף און למעלה מן הזמן .דער זמן ,וואס פאר אונז מאכט אז אמאל
און היינט זאלן זיין צוויי באזונדערע צייטן ,איז ביי איהם נישט קיין חילוק .פאר איהם
זענען די דורות ,וואס פאר אונז זענען אפגעטיילט מיט הונדערטער און טויזנטער יארן,
אלע צוזאמען.
ווען כלל ישראל שטייט
דערפאר ,ווען כלל ישראל
שטייט לפני ד' ,ווערן אלע
לפני ד' ,ווערן אלע דורות
דורות פאררעכנט ווי איין פאררעכנט ווי איין ציבור .די
ציבור .די אבות הקדושים, אבות הקדושים ,די אידן וואס
די אידן וואס זענען געווען זענען געווען אין מדבר ,די
אין מדבר ,די אידן פון אלע
דורות ביז היינט און ווייטער
אידן פון אלע דורות ביז היינט
-אלע שטייען צוזאמען און ווייטער -אלע שטייען
פארן אייבערשטן. צוזאמען פארן אייבערשטן.
און דאס איז דער ענין פון דעם ברית וואס משה רבינו האט געשלאסן מיט כלל ישראל.
עס איז נישט געווען נאר א ברית מיט דעם דור וואס איז דעמאלט געשטאנען מיט משה
רבינו ,און אויך נישט בלויז א ברית וואס גייט אריבער פון דור צו דור .נאר דער גאנצער כלל
ישראל פון אלע דורות איז אריינגענומען געווארן אין דעם ברית.
ז פרשת נצבים-וילך
דערפאר זאגט די תורה" :אתם נצבים היום כולכם לפני ד' אלקיכם" .נישט נאר די וואס זענען
דעמאלט געווען בגופם ,און נישט נאר דער דור פון משה רבינו .נאר גאנץ כלל ישראל,
"כולכם" ,פון אלע דורות ,שטייט צוזאמען "לפני ד' אלקיכם" ,און אלע זענען אריינגענומען
אין דעם ברית.
"ਪלדור ודור -ולנצח נצחים״
און די זעלבע צוויי אופנים געפינען מיר אויך אין ראש השנה.
פון איין זייט זאגן חז"ל (ראש השנה טז ,א)" :כל באי עולם עוברין לפניו כבני מרון" .יעדער איינער,
אין זיין דור ,גייט דורך פארן אייבערשטן פאר זיך ,און ווערט באזונדער איבערגעקוקט -
זיינע מעשים ,זיינע מעלות ,זיינע חסרונות און זיין משפט.
אבער פון דער אנדערער דאס זענען די צוויי אופנים
זייט זאגן חז"ל (שם יח ,א): ווי כלל ישראל שטייט
"כולן נסקרין בסקירה אחת"
-אלע ווערן איבערגעקוקט
פארן אייבערשטן :פון איין
מיט איין בליק.
זייט שטייט יעדער איינער
באזונדער ,און פון דער
דאס איז נישט קיין סתירה.
דאס זענען די צוויי אופנים
אנדערער זייט שטייען אלע
ווי כלל ישראל שטייט פארן
אידן אינאיינעם ווי איין כלל.
אייבערשטן :פון איין זייט
שטייט יעדער איינער באזונדער ,און פון דער אנדערער זייט שטייען אלע אידן אינאיינעם
ווי איין כלל.
און דאס איז אויך דער טעם פארוואס מיר זאגן אין קדושה" :לדור ודור נגיד גדלך" .דאס איז
דער אופן פון דור נאך דור .איין דור גיבט איבער פארן קומענדיגן דאס וואס ער האט מקבל
געווען פון זיינע אבות ,און דאס וואס ער האט אליין געזעהן דעם כבוד ד' .אזוי גייט עס דור
נאך דור ,פון אברהם יצחק און יעקב ביז אונז.
אבער דערנאך זאגן מיר" :ולנצח נצחים קדושתך נקדיש" .דאס איז שוין דער אופן פון
"נצח נצחים" -העכער פון זמן און העכער פון די גרעניצן פון דורות .די דורות זענען
מער נישט אפגעטיילט איינער פון צווייטן ,נאר גאנץ כלל ישראל שטייען צוזאמען פאר
ד' אלקינו.
עולת שבת -מונקאטש ח
ਪזכות אבות וברית אבות
דער זעלבער יסוד איז אויך ביי זכות אבות און ברית אבות.
עס איז דא איין וועג ווי מיר פארשטייען זכות אבות :דער אייבערשטער געדענקט די חסדים
פון די הייליגע אבות ,און דערפאר ברענגט ער א גאולה וישועה פאר זייערע קינדער און
אייניקלעך .אזוי ווי מיר זאגן
יעדן טאג אין שמונה עשרה:
"וזוכר חסדי אבות ומביא ווען אלע דורות פון כלל
גואל לבני בניהם".
ישראל שטייען לפני ד',
די זכות פון די אבות גייט פון
דור צו דור .זייערע מעשים
זענען די הייליגע אבות
און זייער זכות באשיצן נישט נאר א זכרון פון דער
אונז ,און דער באשעפער פארגאנגענהייט ,נאר זיי
געדענקט זייערע מעשים
און העלפט אונז צוליב זיי. שטייען כביכול מיט אונז
אבער לויט דעם וואס מיר
פארן אייבערשטן .מיר זענען
האבן פריער מסביר געווען, פאררעכנט ווי מיר שטייען
קען מען פארשטיין דעם אינאיינעם מיט זיי ,און זייער
ענין פון זכות אבות אויף
נאך א וועג. זכות באשיצט אונז אזוי ווי
ווען אלע דורות פון כלל
עס האט זיי און זייער דור
ישראל שטייען לפני ד', באשיצט.
זענען די הייליגע אבות
נישט נאר א זכרון פון דער פארגאנגענהייט ,נאר זיי שטייען כביכול מיט אונז פארן
אייבערשטן .מיר זענען פאררעכנט ווי מיר שטייען אינאיינעם מיט זיי ,און זייער זכות
באשיצט אונז אזוי ווי עס האט זיי און זייער דור באשיצט.
"ਪאתם נצבים היום"
מיט דעם קען מען שוין פארשטיין די חיזוק וואס משה רבינו האט געגעבן כלל ישראל נאך
די תוכחה.
די אידן האבן געהערט די שווערע קללות .זייערע פנימ'ער זענען בלאס געווארן ,און זיי
האבן געפרעגט" :מי יוכל לעמוד באלו" -ווער קען דאס אויסהאלטן .האט משה רבינו
ט פרשת נצבים-וילך
זיי געזאגט" :אתם נצבים
היום" .אפילו נאך אלע ווען א מענטש קוקט אויף
קללות און תוכחות ,און זיך אליין ,קען ער זיך חלילה
אפילו עטס האטס אזויפיל
מאל דערצערנט דעם
שפירן שוואך :מיט וואס
אויבערשטן -דאך שטייטס קום איך פארן אייבערשטן.
עטס נאך דא. אבער דערפאר זאגט אונז
ווייל ענקער קיום איז נישט די תורה" :אתם נצבים היום
תלוי נאר אין דעם דור וואס כולכם לפני ד' אלקיכם"
זענען דא יעצט .איר זענט
נישט אליין" .כולכם לפני -דו שטייסט נישט אליין.
ד' אלקיכם" -איר שטייט דו שטייסט מיט גאנץ כלל
מיט גאנץ כלל ישראל.
מיט די דורות וואס זענען
ישראל ,מיט די דורות וואס
שוין פארגעגאנגען ,מיט זענען פאר אונז געווען און
די דורות וואס וועלן נאך מיט די דורות וואס וועלן נאך
קומען ,און מיט די הייליגע
אבות. קומען ,און מיט די זכות פון די
דאס איז דער גרויסער
הייליגע אבות.
חיזוק פאר א איד אין די
טעג פאר ראש השנה .ווען א מענטש קוקט אויף זיך אליין ,קען ער זיך חלילה שפירן
שוואך :מיט וואס קום איך פארן אייבערשטן .אבער דערפאר זאגט אונז די תורה" :אתם
נצבים היום כולכם לפני ד' אלקיכם" -דו שטייסט נישט אליין .דו שטייסט מיט גאנץ כלל
ישראל ,מיט די דורות וואס זענען פאר אונז געווען און מיט די דורות וואס וועלן נאך
קומען ,און מיט די זכות פון די הייליגע אבות.
מיט דעם כח שטייען מיר פארן אייבערשטן.
ויהי רצון ,אז די זכות פון אונזערע הייליגע אבות זאל אונז ביישטיין ,און עס זאל אויף אונז
קומען א גוט געבענטשט יאר אין אלע ענינים .ווייל "כלו כל הקצין" ,און "עת לחננה כי בא
מועד" -עס איז שוין געקומען די צייט אויף רחמים און אויף די גאולה שלימה ,בביאת בן
דוד במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו.
עולת שבת -מונקאטש י
אי פרשת נצבים-וילך
נקודות למעשה בעבודת ד'
היוצאות מן המאמר:
•להרגיש עצמו כחלק מכללות ישראל ,כי כל
ישראל מכל הדורות נצבים ועומדים יחד
לפני ד' אלקינו.
•להתחזק בזכות אבות ,ולידע כי האבות
הקדושים אינם רק זכרון של דורות עברו,
אלא כביכול עומדים עמנו ממש לפני ד',
וזכותם מגינה עלינו כבדורם גופא.
•בראש השנה ,לזכור כי אף שכל אחד ואחד
עובר לפניו כבני מרון ,הרי "כולן נסקרין
בסקירה אחת" ,וכל ישראל נכללים ועומדים
לפניו יתברך כאחד.
עולת שבת -מונקאטש בי
