אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — כי תבוא (2026-08-24)

קונטרס
אמרי מנחם
דברי תורה וסיפורי קודש
מאת כבוד קדושת מרן
רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע
אדמו"ר משינאווא
כי תבא
גליון קנ"ו -שנה ד' -שנת תשפ"ו לפ"ק
· אידיש ·
יו"ל ע"י
כל הזכויות שמורות
בס"ד
להערות והארות:
845.459.5954
zy
לקבלת הקונטרס מדי שבוע:
mechonshinova@gmail.com
צו הערן די
דברי כיבושין והתחזקות
רופט 718-400-7790
מודעה חשובה
מי שרוצה ליקח חלק
בההוצאות הגליונות
לרגל שמחה משפחתית ,יארצייט ,וכדו'
נא לפנות אל המכון.
אמרי מנחם /תבא
את ֶאל ַה ּכ ֵֹהן ֲא ׁ ֶשר יִ ְהיֶ ה ַּב ָ ּי ִמים ָה ֵהם וְ ָא ַמ ְר ָּת ֵאלָ יו ִה ַּג ְד ִּתי
ו ָּב ָ
אתי ֶאל ָה ָא ֶרץ ֲא ׁ ֶשר נִ ׁ ְש ַּבע ה' לַ ֲאב ֵֹתינ ּו ַה ּיוֹם לַ ה' ֱאל ֶֹק ָיך ּ ִכי ָב ִ
לָ ֶתת לָ נוּ.
א) רש"י זאגט" :להגיד שאינך כפוי טובה" .לכאורה ,דער 'הגדתי'
היום איז דאך נישט קיין לשון פון הודאה ,נאר ער
פארציילט סתם 'כי באתי אל הארץ' אז איך בין אנגעקומען ,איז דאך
'עיקר חסר מן הספר' ,ער וואלט געדארפט זאגן א לשון פון 'הודאה'?
ֹ ית וְ ָא ַמ ְר ּ ָת ִל ְפנֵ י ה' ֱאל ֹ ֶק ָ
יך ֲא ַר ִּמי א ֵבד ָא ִבי" .רש"י זאגט" :מזכיר ב) "וְ ָענִ ָ
חסדי המקום 'ארמי אובד אבי' ,לבן בקש לעקור את הכל
כשרדף אחר יעקב" – מען דערמאנט דא די חסדים וואס דער
אייבערשטער האט געטון ,אז ער האט געראטעוועט יעקב'ן פון לבן,
וואס ער האט אים געוואלט הרג'ענען .לכאורה ,וואו ווערט דא
דערמאנט דעם חלק ,אז דער אייבערשטער האט געראטעוועט יעקב
אבינו? עס שטייט דאך נאר וואס לבן האט געוואלט טון ,נו ,ווי זעט
מען דא די 'חסדי המקום'?
ג) רש"י פירט אויס" :ובשביל שחשב לעשות חשב לו המקום כאילו
עשה ,שבעובדי כוכבים חושב להם הקב"ה מחשבה כמעשה"
– כאטש לבן האט בלויז געטראכט צו הרג'ענען יעקב'ן ,זאגט דער
פסוק 'אובד' ,כאילו ער האט דאס טאקע געטון בפועל ,ווייל ביי די
גוים רעכנט זיך די 'מחשבה רעה' פונקט ווי א 'מעשה' .לכאורה ,מען
האלט דא אינמיטן דאנקען דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים ,נו,
ווי קומט דא אריין דער ענין פון 'מחשבה רעה מצרפה כמעשה'?
ד) בכלל דארף מען פארשטיין ,פארוואס ביי א גוי ווערט בלויז א
'מחשבה רעה' גערעכנט ווי א מעשה ,אבער א 'מחשבה
טובה' איז נישט נחשב ווי א מעשה ,און ביי א איד איז פונקט
ג פארקערט; ווי די גמרא זאגט אין קידושין (מ ,).אז 'מחשבה טובה
הקב"ה מצרפה למעשה ,מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה'.
עס דארף דאך א הסבר?
ֹ ֹ ׁ ׁ
ה) "וַ ֵ ּי ֶרד ִמ ְצ ַריְ ָמה וַ ָ ּי ָגר ָשם ִ ּב ְמ ֵתי ְמ ָעט וַ יְ ִהי ָשם ְלגוי ָ ּגדול ָעצ ּום וָ ָרב".
זאגט רש"י" :וירד מצרימה -ועוד אחרים באו עלינו לכלותנו שאחרי
אמרי מנחם /תבא
זאת ירד יעקב למצרים" – פאר רש"י איז שווער געווען ,וואס איז
דער המשך פון 'ארמי אובד אבי' צום 'וירד מצרימה' ,עס איז דאך
נישט געווען אין זעלבן צייט .דערפאר ענטפערט רש"י ,אז דער 'וירד
מצרימה' איז א זאך פאר זיך ,אז מען דאנקט דא אויף נאך א חסד,
אז מען איז ניצול געווארן פון פרעה .לכאורה איז נאכאלץ נישט
פארענטפערט דער המשך הפסוק ,וואס ער שטעלט דאס צוזאם אין
איין פסוק ,כאילו דאס איז געווען איין לאנגע מעשה ,אז לבן האט
אים געוואלט הרג'ענען און ער איז אנטלאפן קיין מצרים?
ֹ ֹ
ו) "וַ ִ ּנ ְצ ַעק ֶאל ה' ֱאל ֵקי ֲאב ֵתינ ּו" וגו' – מיר האבן געשריגן צום
אייבערשטן .לכאורה ,דאס אז אונז האבן געשריגן ,איז
דאך נישט קיין חלק פון די 'חסדי המקום' ,נאר דער עיקר איז דאס
וואס ער האט אונז ארויסגענומען פון דארט .נו ,וואס דארף מען
יעצט רעדן פונעם 'ונצעק'?
ז) דער מדרש זאגט (ספרי כי תבוא פסקא א)" :כי תבוא אל הארץ – עשה
מצוה האמורה בענין שבשכרה תיכנס לארץ" – דו זאלסט טון
די מצוה פון ביכורים ,ווייל צוליב דעם וועסטו אריינגיין קיין ארץ
ישראל .לכאורה ,עס זענען דאך פארהאן גאר אסאך 'מצוות התלויות
בארץ' ,און מיט וואס איז די מצוה פון ביכורים חשוב'ער ווי אלע
אנדערע מצוות ,אז דאס איז דער עיקר זכות אריינצוגיין קיין ארץ
ישראל?
ח) רש"י הייבט ָאן אנפאנג פון די תורה" :בראשית ברא וכו' בשביל
ישראל שנקראו ראשית תבואתו" – די וועלט איז באשאפן
געווארן צוליב כלל ישראל וואס ווערן אנגערופן 'ראשית' .פארוואס
טאקע ווערן אידן אנגערופן 'ראשית'?
ט) אויך זאגט דארט רש"י" :בראשית -אמר רבי יצחק לא היה צריך
להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם וכו' שאם יאמרו
ד
אומות העולם לישראל ליסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים,
הם אומרים להם כל הארץ של הקב"ה היא ,הוא בראה ונתנה לאשר
ישר בעיניו ,ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" – די
סיבה פארוואס די תורה האט אנגעהויבן פון 'בראשית' ,כדי די גוים
זאלן נישט קענען זאגן פאר אידן 'לסטים אתם' אז עטץ צוגענומען
אמרי מנחם /תבא
ארץ ישראל פון אונז .לכאורה ,וואס איז דער שייכות פון דעם ענין
פון פארענטפערן די טענה פון 'לסטים אתם' – צו דעם ענין פון
'ישראל שנקראו ראשית'?
ׁ "עינֵ י ה' ֱאל ֹ ֶק ָ
יך ָ ּב ּה ֵמ ֵר ִשית י) אין פרשת עקב שטייט (דברים יא ,יב)ֵ :
ׁ ׁ
ַה ּ ָשנָ ה וְ ַעד ַא ֲח ִרית ָשנָ ה" – דער אייבערשטער איז משגיח אויף
ארץ ישראל פון אנפאנג יאר ביז סוף יאר .לכאורה וואלט ער
געדארפט זאגן 'כל השנה' ,און פארוואס איז ער מדגיש דייקא דעם
ענין פון 'ראש השנה'?
"ל ַמ ַען ּ ִתזְ ְּכר ּו
יא) אין דער פרשה פון ציצית שטייט (במדבר טו ,מ)ְ :
ֹ ׂ
יתם ֶאת ָּכל ִמ ְצו ָתי" – דורך די ציצית וועט איר געדענקען וַ ֲע ִש ֶ
און טון אלע מצוות .לכאורה ,וואלט ער געדארפט זאגן 'למען תעשו
את כל מצותי' ,און וואס איז דער ענין פון 'תזכרו'?
יעדער איד דארף מעלה זיין די 'ניצוצות' דורכן עסן
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .אלע ספרים ברענגען אראפ פונעם
אר"י הק' ,אז אין די גשמיות'דיגע מאכלים ליגן באהאלטן
'ניצוצות הקדושות' וואס זענען דארט אין גלות .און א איד האט א
חיוב עס מעלה צו זיין דורכן עסן .דאס רופט זיך 'בירור טוב מרע' און
'עליית הניצוצין' ,וואס יעדער איד איז מתקן דורכן עסן ,אז דער 'חלק
הטוב' ,דער 'אלקות' וואס איז דא דארט – קומט צוריק צום שורש און
ווערט מתוקן.
דער עיקר בירור ווערט דורך די הייליגע מחשבות בשעת'ן עסן
דער עיקר אופן וויאזוי מען איז מעלה די ניצוצות פונעם מאכל ,איז
דורכן 'כח המחשבה' בשעת'ן עסן .ווייל דער עצם אכילה איז
דאך א גשמיות'דיגע פעולה ,וואס אויך דער גוי און די בהמה טוען
דאס זעלבע .אבער דער עיקר כח פון א איד איז די גוטע מחשבות,
ה אז ער עסט כדי צו האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן מיט דעם
עסן ,און אז דורכדעם וואס ער עסט – וועט ער קענען בענטשן ברכת
המזון ,וכדומה .און ווער רעדט נאך פון די הייליגע מחשבות וואס
צדיקים טראכטן בשעת'ן עסן ,וואס מיר האבן גארנישט קיין השגה
דערין .און דורך די אלע מחשבות קדושות וואס א איד טראכט
בשעת'ן עסן – איז ער מברר דעם 'חלק הטוב' פונעם מאכל און ער
אמרי מנחם /תבא
הייבט עס אויף צום שורש .און כאטש אונז פארשטייען נישט
פונקטליך די ענינים פון 'עליית הניצוצין' ,אבער אזויפיל קענען מיר
פארשטיין ,אז דורכדעם וואס א איד טראכט בשעת'ן עסן ,אז ער
עסט כדי צו טון דעם רצון ה'– ווערט דער גשמיות מתוקן! דורך זיין
מחשבה איז געווארן אויסגעפירט דער רצון און כונה וואס דער
אייבערשטער האט געהאט אין דער בריאה! און אויב איז דא אפגעטון
געווארן רצון ה' – דורך דעם מאכל ,קומט דאך אויס ,אז דאס איז
נישט סתם א גשמיות'דיגע דבר מאכל ,נאר דער גאנצער גשמיות איז
געווארן א שטיק רצון ה'! און אט דאס רופט זיך לפי ערכינו 'עליית
הניצוצין' ,אז די גשמיות'דיגע בריאה האט געהאט אן התעלות.
אויב די 'מחשבה' איז זיך נישט 'מצרף' צום 'מעשה' – קען מען דאך נישט מעלה זיין ניצוצות
ביים עסן
דאס אלעס איז נאר שייך ,אויב מען זאל זאגן אז א 'מחשבה' האט א
שייכות מיט די 'מעשה' הגשמי ,דאס הייסט ,אז די מחשבה וואס
מען טראכט בשעת מעשה – טוישט דעם גאנצן 'מעשה' ,אז די זעלבע
מעשה וואס דער גוי טוט מיט איין סארט מחשבה – איז אבער ווען
דער איד טוט דאס מיט א הייליגע מחשבה ,איז דאס ווי אן אנדערע
סארט מעשה! עס איז אן אנדערע וועלט! עס איז מתקן די גאנצע
בריאה כולה!
אבער אויב וואלט מען געזאגט ,אז א 'מחשבה' איז זיך נישט מצרף
מיט די מעשה ,דאס הייסט ,אז א הייליגע מחשבה איז טאקע
זייער א גרויסע זאך פאר זיך ,אבער עס איז צו א רוחניות'דיגע זאך
צו קענען טוישן די מעשה הגשמי ,אויב אזוי איז דאך בכלל נישט
שייך דער גאנצער ענין פון 'עליית הניצוצין' ,ווייל דאס איז דאך
זיכער אז אויב א מענטש וועט בלויז טראכטן הייליגע מחשבות,
אבער בפועל וועט ער נישט עסן – וועט ער נישט קענען דורכדעם
מעלה זיין דעם מאכל ,נאר עס מוז דייקא צוגיין דורך די גשמיות'דיגע
ו
פעולה פון עסן .און אויב וועט מען זאגן ,אז די מחשבה טוישט נישט
דעם כח פון דער מעשה ,אויב אזוי איז דאך נישטא קיין חילוק צווישן
די אכילה פונעם איד ביז צו די אכילה פונעם גוי להבדיל ,ווייל אין
דער מעשה זענען דאך ביידע גלייך ,נו ,וויאזוי קען די אכילה פונעם
איד מתקן זיין דעם מאכל און אויפהייבן דעם חלק הגשמי? מוז דאך
אמרי מנחם /תבא
זיין אז די מחשבה האט יא א צירוף און א השפעה אויפן מעשה
הגשמי ,וואס דעמאלט פארשטייט מען ,אז די אכילה פון א איד איז
גאר אן אנדערע זאך און טוט אויף תיקונים אין אלע עולמות.
איין מחשבת פיגול טוישט דעם גאנצן מעשה
און אזוי זעט מען טאקע ביי קדשים ,אז אלעס ווענדט זיך אין
מחשבה .אויב ער טוט א פעולה פון אן עבודה ,למשל ,ער טוט
די מעשה פון 'שחיטה' ,און בשעת מעשה טראכט א 'מחשבת חוץ
לזמנו' – ווערט די בהמה 'פיגול' .ווידער אבער ,אויב טראכט ער א
מחשבה עס צו עסן אינעם ריכטיגן זמן – איז דאס א כשר'ע קרבן און
איז מכפר אויפן בעל הבית .זעט מען טאקע ,ווי ווייט די מחשבה פון
א איד איז זיך מצרף מיטן מעשה.
די גוים האבן א טענה :וואס איז ענקער 'אכילת פירות ארץ ישראל' מער ווי אונזער אכילה?
דער גאנצער ענין איז זייער נוגע כלפי דעם ענין פון ארץ ישראל.
ווייל מיטן גשמיות'דיגן קוק זעט אויס ,אז די מעלה פון ארץ
ישראל איז ,אז עס איז אן 'ארץ חמדה טובה ורחבה'' ,זבת חלב ודבש',
גוטע פירות ,מיט געזונטע 'מעינות ותהומות' וכדומה .נו אויב אזוי,
האבן דאך טאקע די גוים א שטארקע טענה 'ליסטים אתם' ,וואס
טוט עטץ אויף אין ארץ ישראל – מער פון אונז? מיר קענען אויך זיצן
אין ארץ ישראל און עסן די גוטע פירות פונקט ווי אייך ,און מיט
וואספארא רעכט האט עטץ צוגענומען ארץ ישראל פון אונז?
דער חילוק אין מחשבה בשעת'ן עסן – איז כרחוק מזרח ממערב
אבער דער אמת איז ,אז כאטש ווען מען קוקט בלויז אויף די 'מעשה'
– זעט מען נישט קיין חילוק צווישן דעם איד און דעם גוי,
ווייל ביידע עסן דאך בגשמיות ,אבער ווען מען קוקט אויף דער
'מחשבה' – זעט מען דאך א געוואלדיגן חילוק כרחוק מזרח ממערב,
ווייל דער גוי עסט די פירות ארץ ישראל בלויז כדי ממלא צו זיין
ז
זיינע תאוות גופניות ,און דער איד טראכט בשעת'ן עסן הייליגע
מחשבות.
נאכמער ,דער 'חילוק במחשבה' צווישן דעם איד און דער גוי פאנגט
זיך ָאן נאך פריער – בשעת'ן אקערן און איינזייען .אז דער
גוי אקערט און זייעט ,כדי ער זאל האבן א גשמיות'דיג לעבן פון עסן
אמרי מנחם /תבא
און טרינקען .אבער דער איד אקערט און זייעט די פעלדער פון ארץ
ישראל ,כדי ער זאל קענען ברענגען ביכורים ,ער זאל קענען געבן
תרומה און מעשרות ,לקט שכחה ופאה ,וכדומה; ווי דער סידורו של
שבת (ח"ב דרוש ד' פרק א'א) ,איז מאריך אויפן פסוק (איוב מא ,ג)ִ :
"מי
ׁ
ימנִ י וַ ֲא ַש ֵ ּלם" ,אז דאס גייט 'בניחותא' ,אז דער ערליכער איד
ִה ְק ִ ּד ַ
וואס זיין גאנצע 'מחשבה' בשעת'ן ארבעטן איז בלויז אז ער זאל
קענען מקיים זיין רצון ה' דורכדעם – איז ער כביכול 'מקדים' דעם
אייבערשטן ,אז נאך איידער דער אייבערשטער האט אים געגעבן די
השפעה – האט ער שוין געטראכט בלויז פון עבודת ה'.
אונזער רעכט אויף ארץ ישראל נעמט זיך פון אונזער כח פון 'מחשבה טובה מצרפה למעשה'
קומט אויס ,אז טאמער זאל מען ווען זאגן ,אז 'מחשבה טובה' האט
גארנישט קיין פעולה אויף דער מעשה ,נאר דער 'מעשה'
רעכנט זיך בלויז כמו שהוא – האבן די גוים א גערעכטע טענה אויף
ארץ ישראל ,אז פארוואס קומט זיך ארץ ישראל פאר די אידן ,זיי עסן
דאך פונקט ווי אונז .אבער וויבאלד מיר זאגן ,אז א 'מחשבה טובה'
פון א איד איז זיך יא מצרף צו דער מעשה און עס טוישט די גאנצע
זאך ,אויב אזוי איז זייער טענה פון 'לסטים אתם' נישט קיין טענה,
ווייל ארץ ישראל קומט זיך דייקא פאר אידן ,וויבאלד זיי האבן גוטע
מחשבות בשעת'ן איינזייען די פעלדער ,און אויך שפעטער בשעת'ן
עסן די פירות ,וואס מיט דעם ווערט דער גאנצער ארץ ישראל
דערהויבן צו אסאך א העכערע קדושה! ווייל אלע תבואות און פירות
פון ארץ ישראל וואקסן מיט א קדושה פון די הייליגע אידישע
מחשבות וואס אידן טראכטן בשעת'ן ארבעטן ,און שפעטער ווערן
וזל"ק" :המשכיל וההולך בדרך אהבת אמת של הקב"ה ותורתו ונעשה אצלו א
תורתו קבע ועיקר בלבו וכל מחשבתו ודעתו סובב על זה רק לקיים מצות ה'
ולעסוק בתורתו .ורוצה בקיומן באמת .וכל מלאכתו ועסקי פרנסתו וצרכיו צרכי
מחייתו הכל המה בדעתו ולבו לעראי וטפל כענין קניית דברים הקטנים הנזכר, ח
הנה מתחלת מחשבת בנין הבית עיקר ויקר בעיניו לקיים מצות ה' ובונה
הבית לשם כך כדי שיקיים בו מצות מזוזה או מעקה וכדומה וכל יגיעותיו
וטרחותיו הכל יעשה בשביל המצוה כי היא אהובה לו וזה עיקר בעיניו ונותן
כל מחשבתו ודעתו ע"ז .ויודע בנפשו אשר כל הוצאות בנין הבית הכל תננם
הקב"ה לו בכדי לקיים המצוה אשר צוהו .ועסק מחייתו וצרכיו שיהיה נעשה
בהבית אח"כ הכל לטפל ועראי יחשב אצלו ונדמה לו למציאה שבא אליו שלא
בהוצאה כי כל הוצאותיו הכל יחשב אצלו על המצוה שיקיים".
אמרי מנחם /תבא
זיי נאכמער נתעלה דורך די הייליגע אידישע מחשבות וואס אידן
טראכטן בשעת'ן עסן די פירות .נו ,איז דאך פשוט אז דאס קומט זיך
דייקא פאר אידישע קינדער ,און נישט פאר די גוים.
די גוים קענען נישט צושטעלן דעם 'כח המחשבה' – דערפאר האט מען צוגענומען ארץ ישראל
פון זיי
און אפילו אויב די גוים וועלן קומען און טענה'ן ,אז זיי וועלן אויך
צושטעלן הייליגע מחשבות ביים באארבעטן די פעלדער און
שפעטער ביים עסן די פירות – אפילו לו יצוייר אויב עס וואלט
געקענט זיין אזא זאך – זאגט מען זיי אבער ,אז ביי אייך איז א
'מחשבה טובה' זיך נישט מצרף צום 'מעשה' ,ממילא ,אפילו אויב
עטץ וועט האבן גוטע מחשבות בשעת'ן ארבעטן אדער עסן – וועט
עטץ גארנישט אויפטון דערמיט ,ווייל דאס וועט גארנישט טוישן
אינעם מעשה! עס וועט גארנישט מוסיף זיין אין דער קדושה און
מעלה פון ארץ ישראל .און ממילא ,באלאנגט ארץ ישראל דוקא פאר
אידישע קינדער וואס ביי זיי איז יא די 'מחשבה טובה' זיך מצרף מיט
דער 'מעשה' ,און זיי הייבן אויף גאנץ ארץ ישראל מיט זייערע הייליגע
מחשבות.
אידן שטאמען פון דער 'מחשבה טובה' פונעם אייבערשטן – דערפאר איז זייער מחשבה טובה
אזוי חשוב
עס קען אפשר זיין ,די סיבה פארוואס ביי אידן איז 'מחשבה טובה
מצרפה למעשה' .ווייל דער כלל איז דאך "סוף מעשה במחשבה
תחלה" – דער 'מעשה' וואס קומט ארויס שפעטער ,איז געבינדן צום
'מחשבה' וואס מען האט געטראכט באלד אין אנהייב .און דער מדרש
זאגט (ב"ר א ,ד)" :ישראל עלו במחשבה תחלה" – אידן זענען געווען אין
דער 'מחשבה' פונעם אייבערשטן איידער ער האט באשאפן די
וועלט ,און די גאנצע וועלט האט דאך דער אייבערשטער באשאפן
בלויז 'להטיב לבריותיו' ,קומט דאך אויס ,אז דער שורש פון כלל
ט ישראל איז דער 'מחשבה טובה' פונעם אייבערשטן ,וואס דארט איז
מקושר אלע 'מעשים טובים' וואס קומען שפעטער ארויס ,און
דערפאר ביי אידן איז 'מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה' ,ווייל
זייער גאנצער שורש איז די 'מחשבה תחלה' וואס דער אייבערשטער
כביכול האט געטראכט 'להטיב' .ווידער אבער ,די 'מחשבה רעה' איז
מען נישט מצרף למעשה ,ווייל דאס איז נישט דער שורש פונעם איד,
אמרי מנחם /תבא
א איד האט נישט קיין שייכות מיט 'רע' .און אפילו אויב ער טראכט
אדער טוט חלילה אן עבירה ,איז דאס נישט דער עצמיות'דיגער
מענטש ,נאר לפי שעה איז ער אהין פארבלאנדזשעט געווארן דורכן
יצר הרע.
גוים שטאמען פון דער מחשבה צו באשאפן רע – דערפאר איז זייער 'מחשבה רעה' פונקט ווי א
'מעשה'
אבער דער גוי איז פארקערט ,זיין שורש איז פון דער 'מחשבה' וואס
דער אייבערשטער כביכול האט געטראכט צו באשאפן די
סטרא אחרא ,וואס פון דארט נעמט זיך די אלע קליפות און יצר הרע.
ממילא ,איז בלויז ביי א 'מחשבה רעה' וואס דער גוי טראכט ,איז
דאס נחשב ווי א מעשה ,צוליב דעם כלל פון 'סוף מעשה במחשבה
תחלה' ,דארט איז ער געווען אינעם 'מחשבה תחלה' פון 'רע' ,אבער
ביי א גוטע מחשבה ,האט ער נישט קיין שייכות מיטן 'עלו במחשבה
תחלה' ,און דערפאר איז דאס נישט 'נחשב למעשה' .קומט אויס ,אז
די ביידע ענינים זענען מקושר איינס מיטן צווייטן ,אז אויב איז
'מחשבה טובה מצרפה למעשה' איז די 'מחשבה רעה' נישט נחשב
כמעשה ,און אויב איז 'מחשבה רעה' יא נחשב כמעשה ,איז די
מחשבה טובה נישט נחשב כמעשה ,ווייל דאס איז איינס תלוי אינעם
אנדערן.
בראשית בשביל ישראל – דערפאר האבן נישט די גוים קיין טענה אויף ארץ ישראל
מיט דעם פארשטייט מען דעם שייכות פון די צוויי ענינים אין רש"י:
"בראשית בשביל ישראל שנקראו ראשית" – אידן ווערן
אנגערופן 'ראשית' ,וואס דאס ווייזט אויף 'מחשבה'; ווי עס שטייט
'ראשית חכמה' ,ווייל כלל ישראל איז געווען אינעם 'ראשית' ,אינעם
אייבערשטנ'ס 'מחשבה תחלה' ,וואס ער האט באשאפן די גאנצע
וועלט צוליב די דאזיגע 'מחשבה' פון האבן א כלל ישראל .און
דערפאר זאגט רש"י ווייטער" :בראשית -אמר רבי יצחק וכו' שאם
י
יאמרו אומות העולם לישראל ליסטים אתם שכבשתם ארצות שבעה
גוים הם אומרים להם כל הארץ של הקב"ה היא הוא בראה ונתנה
לאשר ישר בעיניו ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" –
די גאנצע טענה וואס די גוים טענה'ן אויף ארץ ישראל – ווערט בטל
מכח דעם 'ראשית'! ווייל נאכדעם וואס מען זעט דא די גרויסקייט
אמרי מנחם /תבא
פון די 'מחשבה טובה' פון אידן ,וואס דאס ווערט גערעכנט פונקט ווי
א 'מעשה' – וויבאלד זיי זענען 'עלו במחשבה תחלה' און 'סוף מעשה
במחשבה תחלה' – אויב אזוי קומט זיך זיי ארץ ישראל! ווייל נאר זיי
קענען אויפהייבן די קדושה פון ארץ ישראל ,דורכן עסן דארט די
פירות מיט הייליגע מחשבות! און דערפאר האט דער אייבערשטער
דאס צוגענומען פון די כנענים און עס געגעבן צום כלל ישראל
וועלכע ווערט אנגערופן 'ראשית'.
היום כי באתי – היינט בין איך אנגעקומען קיין א"י ווייל דאס איז געווען דער ציל פונעם
אריינקומען
"ה ַ ּג ְד ּ ִתי ַה ּי ֹום ַלה' ֱאל ֹ ֶק ָ
יך ִּכי מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוקִ :
אתי ֶאל ָה ָא ֶרץ" – איך וויל זאגן ,אז היינט בין איך אנגעקומען
ָב ִ
קיין ארץ ישראל! כאטש איך בין שוין אנגעקומען פערצן יאר צוריק
– בשעת ווען מען האט געמאכט דעם 'כיבוש וחילוק' – אבער מיין
'מחשבה' איז א גאנצן צייט געווען פארנומען בלויז מיט דעם ,אז אלץ
וואס איך ארבעט און אקער די פעלדער איז נאר ,כדי איך זאל קענען
מקיים זיין די מצוות התלויות בארץ – וואס די ערשטע מצוה איז די
מצוה פון ביכורים ,און יעצט אז איך האב זוכה געווען צו ברענגען
ביכורים ,איז עס ביי מיר כאילו איך בין היינט אנגעקומען! ווייל אלע
מעשים זענען געווען מצורף מיט דער מחשבה פון ברענגען ביכורים.
און דערפאר ווערט ביכורים אנגערופן 'ראשית'( ,חוץ פונעם פשוט'ן טעם
אז דאס איז די ערשט-געצייטיגטע פירות) ,וויבאלד די גאנצע מחשבה פונעם
איד – וועלכע ווערט אנגערופן 'ראשית חכמה' – איז א גאנצן צייט
געווען מקושר צו דער מצוה.
ארמי אובד אבי – ער האט געוואלט מכניע זיין די 'מחשבה טובה' פון אידן
דער לבן הארמי איז דאך געווען א 'רמאי' ,וואס דער יסוד דערפון
איז 'מחשבה רעה' ,ווייל אלע רמאות'ן זענען דאך בלויז
מחשבות וואס מען טראכט אין הארצן עצות רעות ,און מען זאגט עס
אי
נישט מיטן מויל .און דורכדעם האט ער פרובירט צו פארנארן יעקב'ן.
דאס ווייזט ,אז דא האט זיך אפגעטון א מלחמה איבער דעם ענין פון
'מחשבה' ,וואס לבן – דער מקור פון 'מחשבה רעה' האט פרובירט
מיט אלע כוחות מכניע צו זיין דעם כח פון יעקב אבינו'ס 'מחשבות
טובות' ,אז עס זאל נישט משפיע זיין אויפן מעשה .נאר ער זאל זיין
אמרי מנחם /תבא
פונקט ווי ביי די גוים ,וואס א 'מחשבה טובה' איז זיך נישט מצרף
ֹ
"א ַר ִּמי א ֵבד ָא ִבי" – 'אבי' איז
מיטן מעשה .און דאס זאגט דער פסוקֲ :
א לשון פון 'רצון' ,לבן האט געוואלט מאכן פארלירן דעם כח פון דעם
גוטן רצון וואס א איד האט במחשבה ,און מיט דעם וויל ער פוגם זיין
און מכניע זיין דעם טיפסטן פנימיות'דיגן ניצוץ פון א איד ,וואס דאס
'א ַבד'
איז דער 'בחינת ראשית' פון א איד .און דער פסוק זאגט נישט ָ
ֹ
– לשון עבר ,נאר 'או ֵבד' – לשון הוה ,ווייל דער לבן טוט נאך עד היום
הזה ,וואס ער ארבעט אויף דעם כסדר ,אז דער מחשבה טובה פון
אידישע קינדער ,זאל ווערן אפגעשוואכט און נכנע.
לעקור את הכל – אויב ברענגט מען אונטער דעם 'כח המחשבה' – ווערט אלעס נעקר רח"ל
און אויף דעם זאגט רש"י" :לבן בקש לעקור את הכל" – טאמער
וואלט חלילה לבן מצליח געווען אויסצורייסן דעם כח פון
'מחשבה טובה' – וואלט געווארן 'אויס וועלט'! ווייל אויב איז נישטא
ביי א איד דער כח פון 'מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה' – איז
די גאנצע בריאה לבטלה! ווייל דער גשמיות וועט נישט קענען האבן
קיין שום 'עליה' און תכלית! דער 'אבדון' וואלט געווען ָאן קיין שיעור
און ָאן קיין ערך ,עס וואלט געווען בלויז קלקול – ָאן קיין שום תיקון
רח"ל!
א חלק פון די חסדי המקום איז 'ארמי אובד אבי' – אז 'נאר' ביים גוי איז 'מחשבה רעה הקב"ה
מצרפה למעשה'
מיט דעם פארשטייט מען די ווערטער פון רש"י" :מזכיר חסדי המקום
ארמי אובד אבי" – מען וויל דא דערציילן די חסדי המקום וואס
דער אייבערשטער האט אונז געטון .און וואס זענען די חסדי המקום?
זאגט רש"י" :ובשביל שחשב לעשות חשב לו המקום כאילו עשה,
שבעובדי כוכבים חושב להם הקב"ה מחשבה כמעשה" – דאס גופא
וואס מען רעכנט פארן גוי די 'מחשבה רעה' פונקט ווי א 'מעשה' –
דאס איז דער גרעסטער חסד השם! ווייל פון דעם איז דאך
בי
אויפגעדרינגען ,אז ביים איד רעכנט מען נאר די 'מחשבה טובה' ווי א
מעשה ,ווייל דאס איז דאך תלוי איינס אינעם צווייטן ,און דורכדעם
איז דער גאנצער קיום פון כלל ישראל ,ווייל נאר דורכדעם קען מען
מתקן זיין דעם גשמיות ,און נאר בזכות זה האבן מיר באקומען ארץ
ישראל.
אמרי מנחם /תבא
דער תיקון פון 'גלות מצרים' איז געווען מעלה צו זיין ניצוצות
דער עבודת ישראל (פר' מקץ ד"ה ויצברב) און אלע ספרים ,ברענגען
אראפ פונעם אר"י הק' ,אז אין מצרים זענען געווען פארווארפן
אסאך 'ניצוצות הקדושים' פונעם חטא אדם הראשון ,און אידן
האבן געדארפט דארט אריינגיין אין גלות ,כדי אויפצוהייבן די אלע
ניצוצות .און דער אר"י הק' זאגט ,אז מען האט טאקע ארויסגענומען
פון מצרים צוויי הונדערט און צען ניצוצות ,און עס איז מרומז אין
פסוק (שמות יב ,לח)" :וְ ַגם ֵע ֶרב ַר"ב ָע ָלה ִא ּ ָתם".
מיטן כח פון 'ונצעק' – וואס זיי האבן 'געטראכט' פון זייער רוחניות'דיגער מצב – האבן אידן
מעלה געווען די ניצוצות
לכאורה ,אידן זענען דאך געווען דארט אין די מ"ט שערי טומאה ,נו,
מיט וועלכן כח האבן זיי אויפגעהויבן די ר"ב ניצוצות
הקדושות? נאר דאס איז געווען דורכדעם וואס זיי האבן געשריגן
ׂ
צום אייבערשטן; ווי עס שטייט (שמות ב ,כג)" :וַ ֵ ּי ָאנְ ח ּו ְבנֵ י יִ ְש ָר ֵאל ִמן
ֹ ֹ ׁ ֹ
ָה ֲעב ָדה וַ ִ ּיזְ ָעק ּו וַ ּ ַת ַעל ַשוְ ָע ָתם ֶאל ָה ֱאל ִקים ִמן ָה ֲעב ָדה" .אבער לכאורה,
וואס איז געווען דער אויפטוה פון דעם שרייען ,זיי האבן דאך
געשריגן 'מן העבודה' ,צוליב די גשמיות'דיגע יסורים וואס זיי האבן
דארט געהאט ,און נישט צוליב דעם רוחניות'דיגן שפל המצב ,נו אויב
אזוי ,וויאזוי קענען די ניצוצות הקדושות נתעלה ווערן דורכדעם?
נאר דא איז ווייטער געווען דער כח פון מחשבה טובה ,ווייל דער זרע
וזל"ק" :ויצבר יוסף בר כחול הים הרבה מאוד וגו' .דאיתא בכתבים כי כל עיקר ב
עבודתנו מאז ומקדם להגביה שפלים המה הניצוצין קדישין ולהוציא יקר
מזולל ללקט רפ"ח ניצוצין שנפלו במצולות וכו' וזה עיקר העבודה לקבצם
ולהשיבם למקורם .ונודע כי ממצרים הוציאו רק ר"ב ניצוצין ונשאר לנו לתקן
עוד פ"ו על ידי מעשנו ועבודתנו דבר יום ביומו ,וכו' ,ולכן הכתוב אומר ויצבר יוסף
ב"ר ,הם ר"ב ניצוצין .הרבה מא"ד ,אותיות אד"ם שם מ"ה שעל ידי זה השם הוא
התיקון למלכין דמיתו להעלות הניצוצין קדישין .עד כי חדל לספור כי אין מספר,
גי רצ"ל שאח"כ העלה אותם לבחינת אי"ן הם העולמות הרמים והנשאים שרשי
הניצ"ק והרימם ונשאם ונטלם לעולמות הגבוהים למעלה ממספר וחשבון ,וזה
וילקט יוסף את כל הכסף ,כי חלילה לזרע יעקב אבינו ע"ה ולצדיק יסוד עולם
שיהיה מגמתו לאסוף ולצבור כסף וזהב כדרך המוני עם ,רק היתה כוונתו לשם
שמים ללקט הניצוצות קדישין ואהבתם וחמדתם הנקרא בלשון כסף כי נכסוף
נכספתה (בראשית לא ,ל) .ויבא איתם ביתה פרעה תחת ידו ,וממילא אח"כ
יקל לבני ישראל להוציא הניצ"ק המכונסין ואסופים ולעשות מצרים ככתוב
(שמות יב ,לו) וינצלו את מצרים".
אמרי מנחם /תבא
קודש (פר' וארא ד"הג) און נאך ספרים זאגן ,אז כאטש זיי האבן געשריגן
איבער דעם גשמיות ,אבער אין הארצן האבן זיי געשריגן איבער דעם
רוחניות ,אז זיי קענען נישט דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו
זיין .קומט אויס ,אז דער גאנצער 'יציאת מצרים' – וועלכע מיינט,
ארויסצונעמען די אלע ניצוצות הקדושות פון מצרים – איז געווען
בלויז דורכן כח פון מצרף זיין די 'מחשבה' – וואס זיי האבן געשפירט
א צער אין הארץ איבער זייער רוחניות'דיגער מצב -צום 'מעשה' –
וואס זיי האבן געשריגן מיטן מויל איבער זייער גשמיות'דיגע מצב,
און נאר דורכדעם האט מען געהאט דעם אויפטוה פון 'גלות מצרים',
ביז מען האט געקענט ארויסגיין פון מצרים מיט די ר"ב ניצוצין .וואס
נאר דורכדעם וואס מען איז דורכגעגאנגען דעם 'גלות מצרים' און
אויפגעטון דארט דעם 'בירור' – האט שפעטער געקענט זיין א 'מתן
תורה' און א 'כניסה לארץ ישראל'.
ארמי אובד אבי – דורכן כח פון 'מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה' – וירד מצרימה
ֹ
"א ַר ִּמי א ֵבד ָא ִבי" –
מיט דעם פארשטייט מען דעם המשך הפסוקֲ :
לבן האט געוואלט מכניע זיין דעם כח המחשבה פון יעקב
אבינו ,וואס דורכדעם וואלט נישט געקענט זיין קיין 'גלות מצרים' –
וויבאלד דער גאנצער גלות איז געווען בלויז מברר צו זיין די ניצוצות
הקדושות פון דארט .זאגט דער פסוק" :וַ ֵ ּי ֶרד ִמ ְצ ַריְ ָמה" – יעקב אבינו
איז יא אראפגעגאנגען קיין מצרים ארויסצונעמען פון דארט די
ניצוצין הקדושים ,ווייל לבן האט נישט מצליח געווען מכניע צו זיין
דעם 'כח המשחבה' פון אידן ,נאר אידן זענען געבליבן מיטן כח פון
ׁ
'מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה' .און טאקע" :וַ ָ ּי ָגר ָשם ִ ּב ְמ ֵתי
ֹ ֹ ׁ
ְמ ָעט וַ יְ ִהי ָשם ְלגוי ָ ּגדול ָעצ ּום וָ ָר"ב" – ער האט טאקע מלקט געווען די
צוויי הונדערט און צען ניצוצין ,ווי עס באטרעפט ר"ב ,וואס דאס
אלעס איז נאר געווען דורכן כח פון 'מחשבה טובה'; און וויאזוי איז
ֹ ֹ
דאס געווען? זאגט דער פסוק ווייטער" :וַ ִ ּנ ְצ ַעק ֶאל ה' ֱאל ֵקי ֲאב ֵתינ ּו"
די
וזל"ק" :וכעין זה מצינו הענין במצרים ,דכתיב (שמות ב ,כד) וישמע אלקים את ג
נאקתם ,וכתיב (שם ו ,ה) וגם אני שמעתי את נאקת בני ישראל ,וידוע שנאקה
הוא בלב לבד ,ששמע יתברך את תשוקת לבם לעובדו ית"ש כראוי בדיבור
קדוש ,והם בעצמם ביקשו רחמים על דבר זה שנתרחקו מאתו ית"ש ,וצעקו על
זה לו ית"ש ,וזהו שנאמר (שם ב ,כג) [ויאנחו בני ישראל] מן העבודה ,פירוש על
עבודתו יתברך שאינו כראוי ,על זה צעקו לו ית"ש ,ושמע השי"ת ועזר להם".
אמרי מנחם /תבא
– דורכדעם וואס מיר האבן געשריגן צום אייבערשטן ,וואס דארט
איז געליגן א מחשבה טובה פון שרייען אויף רוחניות – דורכדעם
האבן מיר ארויסגענומען אלע ניצוצות הקדושות פון מצרים .און
דאס איז אלעס נאר דורכדעם וואס לבן האט נישט מצליח געווען
מיט זיין מלחמה קעגן מחשבה ,און דורכדעם וואס אידן האבן דעם
כח פון מחשבה טובה ,זענען מיר געווארן אזא 'גוי גדול עצום ורב',
אזא קומה שלימה פון 'ששים רבוא נשמות ישראל' – קעגן ששים
רבוא אותיות התורה.
ראשית פרי האדמה אשר נתת לי – גאנץ ארץ ישראל איז צוליב דעם 'ראשית המחשבה' פונעם
איד
און ער פירט אויס" :וְ ַע ּ ָתה" – און יעצט ,נאכדעם וואס איך זעה ווי
"ה ֵ ּנה
ווייט עס גייט דער כח פון דער מחשבה טובה פון א אידִ ,
ׁ
אשית ּ ְפ ִרי ָה ֲא ָד ָמה" – ברענג איך יעצט די 'ביכורים' וואס
אתי ֶאת ֵר ִ
ֵה ֵב ִ
דאס איז דער 'ראשית חכמה' ,דאס איז געווען מיין 'מחשבה טובה' א
גאנצן צייט בשעת'ן אקערן און זייען ,וואס איך האב כסדר אינזין
געהאט די הייליגע מחשבה ,אז אלץ וואס איך טוה איז ,כדי איך זאל
אנקומען צום תכלית צו ברענגען ביכורים .און דערפאר זאגט ער:
ׁ
"א ֶשר נָ ַת ּ ָתה ִ ּלי ה'" – צוליב דעם האסטו געגעבן ארץ ישראל פארֲ
מיר ,און נישט פאר די גוים! אלעס איז בלויז צוליב דעם 'כח המחשבה'
וואס אונז אידן פארמאגן ,וואס דורכדעם איז דער גאנצער גשמיות
געווארן א שטיק 'רצון הבורא'! ווייל אלעס ווערט מתוקן און נתעלה
נאר דורכן מחשבה טובה.
אין מדבר האט מען נישט געדארפט אזויפיל עוסק זיין אין דער עבודה פון 'מחשבה טובה'
רש"י זאגט (במדבר כא ,ה) ,אז דער מן איז געווארן 'נבלע באברים' און
מען האט נישט געדארפט מוציא זיין קיין פסולת .און אזוי
ׁ
"ל ֶחם ַא ִ ּב ִירים ָא ַכל ִאיש" – דער
שטייט אויך אין פסוק (תהלים עח ,כה)ֶ :
מן איז א מאכל וואס מלאכים עסן דאס! און רש"י זאגט דארט אויך,
וט
אז מען דארף נישט מוציא זיין קיין פסולת .דאס ווייזט ,אז ביים מן
איז נישט געווען קיין 'עירוב טוב ורע' ,נאר עס איז געווען 'כל כולו
טוב' .דאס הייסט ,דארט זענען נישט געווען קיין ניצוצות הקדושות
וואס מען דארף מעלה זיין ,נאר דער גאנצער מן איז געווען א שטיק
קדושה! א שטיק רוחניות! קומט אויס ,אז אין מדבר האבן אידן נישט
אמרי מנחם /תבא
געדארפט אזוי ווייט עוסק זיין אין דער עבודה פון 'מחשבה טובה',
ווייל דער גאנצער אכילה האט גארנישט געהאט צוטון מיט גשמיות!
אבער דא גייען יעצט אידן אריין קיין ארץ ישראל ,און מען וועט
אנהייבן צו עסן גשמיות'דיגע פירות ארץ ישראל ,וואס דארט איז יא
דא פסולת ,און דארט דארף מען מעלה זיין דעם 'חלק הטוב' פונעם
גשמיות .קומט אויס ,אז יעצט הייבט זיך ָאן א נייע עבודה ,פון
'מחשבה טובה' צו טראכטן בשעת'ן עסן הייליגע מחשבות ,כדי מעלה
צו זיין די ניצוצות הקדושות.
דער גאנצער אריינגיין קיין ארץ ישראל דארף זיין מיט דער הכנה פון 'ביכורים' – מחשבות
טובות
מיט דעם פארשטייט מען דעם ספרי" :עשה מצוה האמורה בענין
שבשכרה תיכנס לארץ" – כדי דו זאלסט קענען אריבערגיין
דעם טויש פונעם מדבר – וואו עס איז נישטא קיין עבודה פון מחשבה
טובה ,קיין ארץ ישראל – וואו עס איז יא דא די עבודה פון מחשבה
טובה – זאלסטו זיך יעצט אונטערנעמען צו ברענגען ביכורים ,וואס
דאס איז דער 'ראשית פרי האדמה' ,וואס דאס ווייזט אויפן 'ראשית
חכמה' ,אויפן כח המחשבה .און דיין גאנצע אריינגיין קיין ארץ
ישראל זאל זיין בלויז מיט דער מחשבה ,כדי צו קענען ברענגען
ביכורים ,און דורכדעם וועסטו באלד אריינגיין אינעם עבודה פון
'מחשבה טובה' ,וואס דאס איז דער זכות פארוואס מען האט
צוגענומען ארץ ישראל פון די כנענים און עס געגעבן פארן כלל
ישראל.
ראש השנה איז דער קאפ פונעם יאר – די 'מחשבה טובה' פון אלע 'מעשים טובים'
עס שטייט אין מאור ושמש (לר"ה ד"ה ואמרו לפניד) ,אז די עבודה פון
ראש השנה איז בעיקר אן עבודה פון מחשבה .ווייל ראש השנה איז
וזל"ק" :ה' ברוך הוא ברא תבל ומלואה וכל העולמות כדי שידע כל פעול כי ד זט
הוא פעלו ולהכיר מלכותו שהוא מושל בכל ומלך על כל הארץ ולהגדיל שמו
ולספר הודו ,ואותנו לקח להיות לו לעם סגולה ולשמור מצוותיו וליחדו בכל
יום פעמיים באהבה ולהמליכו בשמים ממעל ועל הארץ מתחת ובארבע רוחות
השמים כרמוז בתיבת אחד .אמנם לא רבים יחכמו לקבל עול מלכות שמים
שלימה וליחד כל מחשבותם לאמיתות מציאותו ומלכותו ,כי שאור שבעיסה
מעכב ועוונותינו מבדילין בינינו לבין אלהינו .גם בעת שאנו אומרים ואהבת את
ה' אלהיך בכל לבבך וגו' ומן הצורך להיות נכון בכל לב ונפש למסור את נפשו
אמרי מנחם /תבא
מען ממליך דעם אייבערשטן .וואס מיינט מען איז ממליך? וויאזוי
איז מען אים ממליך? דאס אלעס איז אין דער 'מחשבה' ,וואס א איד
גלייבט אינעם אייבערשטן אז ער איז 'היה הוה ויהיה' ,ער איז דער
'משגיח ומנהיג הכל' ,און ער איז מקבל אויף זיך דעם 'עול מלכות
שמים' – דורכדעם איז ער ממליך דעם אייבערשטן .קומט אויס ,אז
ראש השנה איז כשמו כן הוא ,עס איז א כח פון 'ראשית' ,וואס דאס
ווייזט אויף 'מחשבה תחלה' ,וואס דעמאלט טראכט דער מענטש
גוטע מחשבות און רצונות אויף א גאנץ יאר ,און די אלע גוטע
מחשבות זענען זיך מצרף צו די מעשים וואס ער וועט טון במשך
פונעם יאר.
ארץ ישראל האט שייכות מיט ראש השנה – וויבאלד ביידע זענען געבויעט אויפן 'כח המחשבה'
ׁ "עינֵ י ה' ֱאל ֹ ֶק ָ
יך ָ ּב ּה ֵמ ֵר ִשית מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוקֵ :
ׁ
ַה ּ ָשנָ ה" – דער כח פון ארץ ישראל ,וואס דאס איז געבויעט אויף
די 'מחשבה טובה' וואס א איד האט בשעת'ן עסן און בשעת אלע
זיינע גשמיות'דיגע עשיות – דאס האט שייכות מיט 'ראש השנה' וואס
דעמאלט איז דער מקור פון אלע 'מחשבות טובות' פון א גאנץ יאר,
וואס א איד איז דעמאלט ממליך דעם אייבערשטן מיט זיין מחשבה,
אויף אלע מעשים פון א גאנץ יאר.
מרוב אהבה וחשיקה לנועם ה' יתברך ואורו ,ומעטים הם המקיימים ומכוונים זה
זולת השרידים אשר ה' קורא ויחידי סגולה אשר כלתה נפשם לחזות בנועם ה'
יתברך והם נכונים בכל עת ובכל שעה לקדש שמו ולמסור נפשם מרוב אהבתם
להדבק באור העליון ,על דרך שמצינו (ברכות סא ע"ב) לרבי עקיבא ע"ה שכל
ימיו היה מצטער מתי יבוא לידו מצות בכל נפשך ולבסוף שהיו סורקין את
בשרו במסרקות של ברזל היה קורא קריאת שמע באהבה עזה ולא הטרידוהו
יסורים הגדולים .והעצה לבוא לידי מדה זו הוא להכין עצמינו להמליך אלקינו
זי באהבה עזה ובכל לב ונפש בשני ימי ראש השנה ,ועל ידי זה יוסיף אומץ ליחד
אלהינו בעת אומרו שמע ישראל כל השנה שיוכל לקבל עליו עול מלכות שמים
בקדושה על ידי המשכת הקדושה שהוא מושך עליו בראש השנה .ואשרי מי
שהוא זוכה לקדש ולטהר עצמו ומחשבותיו ולהכין עצמו לקראת אלקינו
בכל הארבעים ושמונה שעות שבראש השנה ,שבזה ימשוך קדושה ודביקות
ה' על כל השנה שיוכל להיות דבוק בנועם ה' כל היום .וכל חלק מחלקי השעות
שבראש השנה יתנו עזר וסעד לכל יום מימי השנה להמליך הבורא ברוך
הוא".
אמרי מנחם /תבא
וויאזוי איז מען זוכה צו אן אמת'דיגע מחשבה טובה?
לכאורה ,איז אמאל גרינגער צו ארבעטן אויף די 'מעשים טובים' ווי
אויף די 'מחשבות טובות' ,ווייל די 'מחשבה טובה' דארף
דאך זיין אמת'דיג מעומק הלב ,וואס מען זאל עס מיינען ערנסט ,אז
ער טוט אלע גשמיות'דיגע ענינים כדי מקיים צו זיין רצון ה' ,און דאס
איז דאך נישט לייכט .עס איז שוין אמאל לייכטער נישט צו עסן – ווי
צו עסן און מיינען דעם אייבערשטן .נו ,וויאזוי איז מען זוכה צו אזא
מדרגה פון 'מחשבה טובה'? בפרט אז עס קומט ראש השנה און מען
דארף ממליך זיין דעם אייבערשטן מיטן גאנצן הארץ ,נו ,וויאזוי איז
מען זוכה אז דאס זאל טאקע זיין אמת'דיג?
דורכדעם וואס מען רייניגט זיך פון א 'מחשבה רעה' – באקומט מען א מחשבה טובה
נאר אויף דעם זאגט דער חובת הלבבות (שער חשבון הנפש פ"גה) ,אז
די אהבה צום 'עולם הזה' איז ווי א צרה צו דער אהבה צום 'עולם
הבא' ,ווייל דאס גייט נישט צוזאמען .ממילא ,אויב א מענטש וועט
זיך אויסרייניגן דעם מח פון 'מחשבות רעות' ,ער וועט נישט משהה
זיין קיין מחשבות זרות אין מח – וועט ער האבן א ריינעם מקום אין
מח ,און דעמאלט וועט אים ממילא אריינקומען אמת'דיגע מחשבות
טובות .אבער אויב איז דער מח חלילה פול מיט תאוות רעות רח"ל
– איז דאך נישטא קיין פלאץ פאר מחשבות טובות! און דעמאלט
איז טאקע זייער שווער צו טראכטן מחשבות טובות און עס מיינען
ערנסט.
למען תזכרו ועשיתם – דורך 'שמירת המחשבה' וועט עטץ האבן גוטע מחשבות וואס איז 'כאילו
עשיתם'
ֹ
מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק" :וְ לא ָתת ּור ּו ַא ֲח ֵרי ְל ַב ְב ֶכם
ֹ ׁ
יהם" – דורכן אפהיטן די יכם ֲא ֶשר ַא ּ ֶתם זנִ ים ַא ֲח ֵר ֶ
וְ ַא ֲח ֵרי ֵעינֵ ֶ
אויגן און די מחשבה ,נישט צו טראכטן א 'מחשבה רעה' ,דורכדעם
"ל ַמ ַען ּ ִתזְ ְּכר ּו" – וועט עטץ געדענקען די תורה' .זכרון' איז
וועט זיין ְ
חי
אן ענין פון מחשבה ,וואס דער מענטש טראכט פון תורה ,אז דורך
'שמירת המחשבה' וועט עטץ האבן גוטע מחשבות ,און דורכדעם
וז"ל" :וכבר אמר אחד מן החכמים :כאשר לא יתחברו בכלי אחד המים והאש ,כן ה
לא תתחבר בלב המאמין אהבת העולם הזה ואהבת העולם הבא .ואמרו :העולם
הזה והעולם הבא כשתי צרות ,כאשר תרצה האחת מהן ,תקציף השנית".
אמרי מנחם /תבא
ֹ ׂ
יתם ֶאת ָּכל ִמ ְצו ָתי" – וועט ווערן נחשב כאילו עטץ האט שוין
"וַ ֲע ִש ֶ
געטון אלע מצוות! ווייל 'מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה' ,און
דאס אלעס הייבט זיך ָאן דורך 'שמירת המחשבה' .קומט אויס ,אז
דער עיקר הכנה אויף ראש השנה – וואס דעמאלט איז דער זמן פון
'מחשבות טובות' – איז אז אין די ימי אלול זאל מען תשובה טון אויף
די מחשבות רעות ,און זיך פארבעסערן אין 'שמירת המחשבה' ,וואס
דורכדעם וועט מען קומען צום ראש השנה מיט א ריינעם מח און
קענען טראכטן אמת'דיגע מחשבות טובות מעומקא דלבא.
Ƿ דברי כיבושין *
ֹ ׁ
"ד ְרש ּו ה' ְ ּב ִה ָּמ ְצאו" – דאס איז דאך די הייליגע טעג ,די
על כל פניםּ ִ :
'ימי הרחמים והרצון' פון אלול [און] די עשרת ימי תשובה ,וואס
יעדער איד גיבט זיך א דערמאן [פונעם תכלית].
עס גייט אזעלכע טעג ,וואס יעדער איד ווארט [אויף] ישועות
ברוחניות ובגשמיות .די [איצטיגע] טעג – דאס איז דאך אלעס!
דאס איז דאך דאס גאנצע יאר! דאס איז דאך דער זמן וואס א איד
דארף וויסן ,אז די אלע 'מעשים' מיט די 'פעולות' מיט השתדלות'ן
וואס ער טוט און ער לויפט [א גאנץ יאר] – און נעבעך וואס טוט זיך
ׁ ֹ ׁ
"[בראש ַה ּ ָשנָ ה] יִ ָּכ ֵתב ּון
אלעס אפ – דאס איז דאך אלעס דער ענין פון ְ ּ
ֹ ֹ
[ ּו ְביום צום ִּכ ּפ ּור] יֵ ָח ֵתמ ּון" .איז ווי ווייט דארף מען זיך בארעכענען,
אז עס איז נישט קיין זמן פון ָאנברענגען [און] לאזן אדורכלויפן די
טעג .נאר [מען דארף] וויסן יעדן טאג[ ,אז] עס איז מורא'דיג! עס איז
דורכגעלאפן א טאג אין אלול ,עס איז מורא'דיג! ווי נעמט מען דעם
טאג צוריק?
דער עבודת ישראל (פר' ראה ד"ה עשר תעשרו) [אויף דער משנה] (ר"ה יב:).
"[באחד ב]אלול מעשר בהמה" ,און איינער זאגט "[באחד ב]תשרי".
טי
וזל"ק" :עשר תעשר את כל תבואת זרעך .הנה אדמו"ר הצדיק מורינו אלימלך ו
זצ"ל פירש דרך רמז ,מה שאמרו חז"ל (י"ה ב ).באחד באלול ראש השנה
למעשר בהמה ,רבי אלעזר ורבי שמעון אומרים באחד בתשרי .דאיתא בזוה"ק
דמעשר רומז ליראה ,כי י' יראה כנודע .והנה דעת התנא קמא מי שמתנהג
כל השנה בדרך הכסילים רק בר"ח אלול הוא מתעורר לתשובה וליראת הש"י,
* צו הערן די דברי כיבושין ,רופט 718-400-7790און דרוקט 1
אמרי מנחם /תבא
ער ברענגט פון רבין ר' אלימלך ,אז א גאנץ יאר באמת דארף מען
דאך אינזין האבן [תשובה צו טון .אבער] על כל פנים ,ווען איינער
הייבט אן אלול – איז עס א בחינה פון 'מעשר בהמה' .דער אנדערער
זאגט :ניין' ,אלול' איז נאך גוט ,נאר ראש השנה – אז מען פארלאזט
זיך אויף ראש השנה – [איז דאס 'מעשר בהמה'] .בכל אופן ,זעט
דאך אויס אז דא טוט זיך ארום דעם אלול! אז וואס טייטשט ,אז מען
ווארט אויף אלול!
על כל פנים[ :כאטש] יוצא זיין די צווייטע שיטה .אז עס קומט אלול
– די דרייסיג טעג [קודם ר"ה] – דעמאלט קען מען נאך אויכעט.
דארף מען וויסן [דאס] אפצושאצן ,צו וויסן אז [ווען] עס איז
אדורכגעלאפן א טאג אין אלול ,זאל א איד זיך בארעכענען" :ווען
וועל איך דאס צוריק קריגן אזא טאג? וואס וועט זיין מיט דעם טאג?
'אם לא עכשיו' – ווען [דען] זאל מען טון? וויאזוי זאל איך צוגיין צו
דעם הייליגן טאג [ראש השנה]? מיט וואס וועל איך צוגיין? ווי וועל
איך עפענען א מויל?" ,וכדומה וכדומה וכדומה ,און נאך אזוי[נע
מחשבות] .דאס [אלעס] איז די בחינה פון 'מחשבה'.
אבער א 'מחשבה' דארף זיין מעומקא דליבא; אזוי שטייט דאך אין
רמב"ם (הל' תשובה ב ,ב) ווען עס קומט צו 'תשובה'[ ,און אזוי איז
אויך] ווען עס קומט צו יעדע זאך .איז דאך אלעס ווענדט זיך דאך
אין די 'מחשבה אמיתית' פון דעם מענטש ,ווי ווייט עס איז אמת! ווי
ווייט עס גייט אים בלב טיף – אין 'עומק המחשבה'! ווי ווייט ער וויל
דאס! אזוי ארום קען מען ממליך זיין "בכל לבבך ובכל נפשך" [און]
מקיים זיין די בחינות ,א איד איז ממליך דעם 'היה הוה ויהיה'' ,אין
סוף ברוך הוא'; ווי דער קדושת לוי זאגט (מסכת אבות ד"ה הים ראהז) ,אז
הוא כמו הבהמה שאין לו דעת אדם ,וזהו שאמרו באחד באלול ראש השנה
למעשר בהמה ,שאז מי שיש לו דעת בהמה מתעורר ליראה הנרמז במעשר.
כ
כי מי שהוא בבחינת אדם ירא השי"ת כל השנה כולה .ורבי אלעזר ורבי שמעון
אומרים באחד בתשרי ,פירוש שמי שמתעורר על כל פנים בר"ח אלול הוא
גם כן בבחינת אדם ,אבל מי שממתין עד באחד בתשרי והוא ראש השנה יומא
דדינא דכולי עלמא ואז רק משיג היראה הוא מעשה בהמה ,כי על כל פנים
צריך לדרוש שלשים יום קודם ודפח"ח".
וזל"ק" :בחינת יראה עילאה ,היינו שמסתכל על רוממות עצמות ה' שהוא אין ז
אמרי מנחם /תבא
דאס דארף מען געדענקען אלעמאל בכל עת ובכל רגע .על כל פנים:
ווען עס קומט ראש השנה – וואס [דאס איז] די מחשבה ,דער 'ראשית
המחשבה' ,דאס איז דער [ענין פון] ראש השנה ,די הייליגע מחשבה
פון כלל ישראל ,וואס מען איז ממליך הקדוש ברוך הוא – דאס איז א
בחינה וואס מוז קומען פון לב ,פון טיפן הארץ.
ֹ
צו דעם דארף צו זיין [דער] "וְ לא ָתת ּור ּו ַא ֲח ֵרי ְל ַב ְב ֶכם וְ ַא ֲח ֵרי ֵעינֵ ֶ
יכם".
א איד ,ווי ווייט מעגליך היט זיך די אויגן און די מחשבה ,און ער
רייניגט זיך די מחשבה ,קען ער זיך צוגרייטן אין דעם 'חלק המחשבה
שבמוח' ,אז דארט זאל אים אריינגיין די מחשבה פון רצון הטוב ,אז
ער זאל האבן די הייליגע מחשבה.
את ֶאתאון יעצט איז דער זמן [דערצו]; אזויווי עס שטייט" :וַ ֲה ֵב ָ
ׁ
אשית ּ ְפ ִרי ָה ֲא ָד ָמה" .מען ליינט דאך עס טאקע 'אלול'[ ,ווייל]
ֵר ִ
אלול זאל מען זען די מחשבה צו היטן ,און זיך זען מתבונן צו זיין.
ֹ
"מה ֶא ְת ּבונֵ ן ַעל ְ ּבת ּו ָלה" – טייטשן דאך די ספרים (עבודת ישראל לט"ו באב
ָ
ד"ה והיו אומרותח) ,דאס איז אלול' .בתולה' איז דאך 'מזל אלול' :ווער
זאל זיך דעמאלט נישט מתבונן זיין? איז דאך דאס עפעס גאר
[גרויס].
זאל דער אייבערשטער העלפן ,ער זאל אריינגעבן א הארה בלב כל
ישראל ,אין אידישע קינדער ,אז זיי זאלן קענען זיך מתגבר זיין
אויף דעם לבן הארמי – וואס ער וויל חלילה כסדר דעם רצון 'אובד
סוף פשוט בתכלית הפשיטות ולית מחשבה תפיסא ביה ,והוא תמיד דבוק
ומקושר בעצמות הבורא ברוך הוא".
וזל"ק" :והנה שמעתי מכבוד הגאון קדוש ה' החסיד מהו' שמואל שמעלקא ח
ז"ל אב"ד דק"ק נ"ש פירוש ורמז הפסוק (איוב לא ,א) ברית כרתי לעיני מה
אכ אתבונן על בתולה ,כי מדרך העולם להתבונן ולשוב אל ה' בחודש אלול המוכן
לתשובה ,אבל מי שמשכיל ועיניו פקוחות הוא עובד הש"י כל השנה ושומר את
עצמו אפילו בחודש תמוז ואב שלא ליפול ממדרגתו וכורת ברית עם ה' ואז
ממילא אין לו להתבונן יותר בחודש אלול ,כי הוא מוכן ומזומן לעבודת ה' מקדם
אפילו בחדשים הנמוכים ,וק"ו בחודש אלול שבו הקדושה ביתר שאת ,וזה רמז
הכתוב ברית כרתי לעיני ,פירוש שאני כורת ברית לעיני ,הם החדשים שנקראו
עיינין כמ"ש לעיל ,לכן מה אתבונן על בתולה ,שהוא אלול במזל בתולה ,כי אני
מוכן לעבודת ה' מלפנים".
אמרי מנחם /תבא
אבי' .און טאקע זען זיך מתבונן זיין מעומקא דלבא ,זיך צוגרייטן צו
אזעלכע הייליגע טעג ,און מיר זאלן זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה
טובה ברוחניות ובגשמיות ,מיר זאלן קענען זאגן דיבורים ,דאווענען
פארן אייבערשטן מיט א הארץ און מיט א מחשבה.
[מען זאגט דאך] אזעלכע טייערע דיבורים! צדיקים האבן געזאגטט,
אז 'מלכיות זכרונות שופרות' גיבט זיי אריין כח אויף א גאנץ יאר!
דאס איז געווען צדיקים! 'מלכיות זכרונות שופרות' – האט זיי
אריינגעגעבן כח אויף א גאנץ יאר! זעט מען דאך וואספארא טאג
דאס איז .די 'מלכיות' איז עפעס א קלייניקייט? עס איז דאך דא
דעמאלט די 'סייעתא דשמיא' ,מיט דעם שופר וואס העלפט צו.
דער אייבערשטער זאל העלפן טאקע ,מיר זאלן זוכה זיין ,מען זאל
קענען דאווענען און אויס'פועל'ן א גוט געבענטשט יאר
ברוחניות ובגשמיות ,פארן גאנצן כלל ישראל ,בביאת משיח צדקינו
במהרה בימינו ,אמן.
4
בכ
בהזדמנות אחרות אמרו רבינו בשם האדמו"ר מסטוטשין זצ"ל. ט
אמרי מנחם /תבא
Ƿ ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים דיבורים וסיפורים -
הרה"ק ר"ר יהונתן בהרה"ק ר' נתן נטע זי"ע מאייבשיץ
כ"א אלול תקכ"ד
באהאלטן זיין יראת שמים אין זיין גאונות...
איך האב געהערט פונעם שווער (הגה"צ אב"ד וואידיסלאב) זכרונו לברכה,
אז דער אבני נזר האט געזאגט" :מען קען דאך נישט זאגן אז רבי
דוד'ל לעלובער איז געווען א קלענערער 'גאון' פונעם רבי'ן ר' יהונתן,
און מען קען דאך נישט זאגן אז דער רבי ר' יהונתן איז געווען א
קלענערער 'ירא שמים' ווי דער רבי דוד'ל לעלובער ,נאר וואס איז
דער חילוק צווישן זיי? רבי דוד'ל לעלובער האט פארדעקט און
באהאלטן זיין תורה מיט זיין יראת שמים ,און דער רבי ר' יהונתן
האט באהאלטן זיין יראת שמים מיט זיין תורה!".
4
גכ
הו פ י ע ב יקרו !
להניח
דער ספר וואס:
ברכה
• פלאמט אויף דאס הארץ מיט א חסיד'ישן ברען.
אל תוך
• איז מחזק יעדן איד באשר הוא שם.
• ברייטערט אויס רעיונות פון חסיד'שע ספרים.
• לערנט אויס אפצולערנען חסיד'ישע בחינות.
ביתך
• געשריבן אינעם אריגינאלן אידיש ,לייכט צו
פארשטיין.
צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן
פאר האלסעיל רופט" :הוצאת נר למאור" 718-384-1324
