נעימות אליעזר - סקולען · Ne'imois Eliezer - Skulen — כי תבוא (2026-08-24)

אליעזר כי ת בוא נעימות
©
כל הזכויות שמורות
למכון נעימות אליעזר סקולען בארה"ק
ואין רשות לצלם או לתרגם או להעתיק
למאגר מידע אפילו חלק מן הספר ללא אישור בכתב
לקחת חלק בהדפסת ספרי סקולען צור קשר במייל skulen3@gmail.com
copyright by mechon nemois eliezer skulen. beth shemesh.
in all countries subscribing to the international copyright union.
PRINTED IN ISRAEL
יצא לאור העולם ע"י
מכון נעימות אליעזר בארה"ק
053-415-2636
ב
אליעזר כי ת בוא נעימות
הסכמת הרב קלמן ווייס שליט"א
מו"צ העדה החרדית
בס"ד כ"ז שבט תשפ"א
הנני בזה בשורות האלה לחזק ולאמץ את ידי הבה"ח החשוב והיקר
ירא שמים ובעל מדות תרומיות דבוק בלו"נ ברבותינו הק' מסקולען
זי"ע ולהבל"ח לכ"ק האדמורי"ם ממשיכי דרכם שליט"א
כמר אליעזר זוסיא רובין ני"ו
אשר ליקט ואיזן דבריהם הקדושים של האדמורי"ם מסקולען זצוק"ל
במשך שנים על ענינים שונים בתורה ועבודת השי"ת וכן במה
שהביאו מספה"ק תלמידי הבעש"ט הק' בענינים רמים אלו והבה"ח
החשוב הנ"ל תורגם אותם ללשון "האידיש" שיהא שימה בפיהם של
רבים אשר אינם מבינים בלה"ק
ונקרא שמו "נעימות אליעזר"
ודבר גדול מאד עשה בעמיו לקרב דבריהם הק' אשר מלאים ביר"ש
וקדושה בדברים היוצאים מלב טהור וקדוש שבודאי יכנסו ללבם של
ישראל לקרבם לעבוד"ה ולתורה וקדושה וע"כ גם ידי תכון עמו
להוציא לאור ספר הקדוש הזה ויזכה להפיץ תורתם בקרב ישראל
מתוך נחת ובריות גופא ברוב הצלחה וסייעתא דשמיא בכל הענינים
אמן:
הכו"ח לכבוד התורה וצדיקי הדור:
קלונימוס קלמן ווייס
ג
אליעזר כי ת בוא נעימות
הסכמת אב"ד קאסאן שליט"א
מו"צ העדה החרדית
הנני מצטרף להנ"ל והשי"ת יעזור להרחיב גבולי הקדושה ויתקדש שם
שמים בעולם ובזכות זה נזכה בקרוב להתגלות מלך המשיח בב"א:
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל זיך קענען מתחזק זיין און
מתרומם זיין אויפן דרך פון אונזערע הייליגע רבי'ס "לבית סקולען",
און אין סקולען איז דאך אסאך אסאך לייכטער זיך צו מתרומם זיין,
ווייל די זיס'קייט דארטן איז דאך גאר גאר הויעך און דערהויבן און
ליכטיג ,און איך בין זיכער אז פון אויבן וועלן זיי משפיע זיין שפע
עבודת השם פאר די אלע וואס וועלן לערנען אין דעם הייליגן ספר.
[והוסיף :ס'איז מיר שווער "נישט" צו חתמ'נען אויף אזאנ'ס].
יעקב בהה"צ מוהר"א זצללה"ה
ד
אליעזר כי ת בוא נעימות
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
הנני בזה לחזק ולאמץ ידי הבה"ח היקר זוכה ומזכה את הרבים
כמר אליעזר זוסיא רובין נרו יאיר ויזרח
יהי ד"א עמו בכל אשר יפנה ,ויצליח דרכו הטובה על דרך רבותיו
הקדושים אשר האירו את ישראל בנועם אמרותיהם וזמירותיהם,
ויזכה לראות ברכה בעמלו מתוך הרחבת הדעת וטוב לב תמיד
לאויושט"א:
ה
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א
ה
אליעזר כי ת בוא נעימות
ו
אליעזר כי ת בוא נעימות
הסכמת רב דקהל אש תמיד בני ברק שליט"א
הנני באתי להמליץ טוב עבור הבה"ח חסידא ופרישא המפורסם
בתורותיו ומידות הטובות והישרות מתאבק באפר רגליהם כל צדיקי
הדור ובפרט כ"ק האדמורי"ם מסקולען
ה"ה שמו הולך לפניו
מוהר"ר אליעזר זוסיא רובין שליט"א
יה"ר שיזכה תמיד להפיץ מעינתיו חוצה ויזכה תמיד את הרבים בטוב
טעם ודעת ואך טוב וחסד ירדפוהו כל ימי חייו בחן של טעם זקנים
ויזכה במהרה לקבל פני משיח צדקנו אמן בב"א:
ידידו המכבדו בלב טוב
ורבינו זצ"ל היה אומר תמיד ,שלפני שהולכים ללמוד צריכים
לכוון לקיים מצות לימוד התורה ,כי הרי מצות צריכות כוונה,
וממילא וצריך אדם לומר קודם הלימוד בפה מלא:
של או ַריְ י ָתא ֶׁ שה ְ ּד ֹ ה ֲֵרינִ י מ ּוכָ ן ּו ְמז ּו ָמן לְ ַקיֵם ִמ ְצוַ ת ֲע ֵ
ש ּ ָכת ּוב ּ ַב ּת ֹו ָרה ּולְ מַ ְד ּ ֶׁתם א ָֹתם מו ֶׁ לִ ּמ ּוד הַ ּת ֹו ָרה ְּכ ֹ
שה ִמ ְצוָ ה ז ּו ְּכ ֵדי לְ ַק ּיֵם עו ֶׁ
ּו ְשמַ ְר ּ ֶׁתם ַל ֲעש ָֹתם וַ ה ֲֵרינִ י ֹ
ִמ ְצוַ ת ּב ֹו ְר ִאי ּו ְכ ֵדי ַל ֲעש ֹֹות נַחַ ת ר ּוחַ לְ הַ ּב ֹו ֵרא יִ ְת ּ ָב ַר ְך
שם ּ ָכל יִ ְש ָר ֵאל: מו ְּב ֵ
ְש ֹ
יך ה ּוא ּו ְש ִכינְ ּ ֵת ּה ִּב ְד ִחיל ּו ּו ְר ִחימ ּו שא ְּב ִר ְ שם יִ ח ּוד קֻ ְד ָ לְ ֵ
שם שם י"ה ְּבו"ה ְּביִ ח ּו ָדא ְשלִ ים ְּב ֵ ּו ְר ִחימ ּו ּו ְד ִחיל ּו לְ יַ חֵ ד ֵ
שה יָ ֵדינ ּו יהי נ ַֹעם יְ הֹוָ ה אלֹהֵ ינ ּו ָעלֵינ ּו ּומַ ֲע ֵ ּ ָכל יִ ְש ָר ֵאלִ :ו ִ
שה יָ ֵדינ ּו ּכ ֹונְ נֵה ּו: ּכ ֹונְ נָ ה ָעלֵינ ּו ּומַ ֲע ֵ
ז
אליעזר כי ת בוא נעימות
וכ"ק מרן רבינו זצ"ל
היה אומר תמיד בכל הזדמנות:
אז" :לְ כ ּו ָבנִ ים" – אז ווען איר גייט
אוועק פון די התעוררות ,דעמאלט'ס:
"ש ְמע ּו לִ י" – דעמאלט'ס זאל אייך
ִ
קלונגען אין די אויער'ן דאס וואס איר
האט דא געהערט!..
ווייל בשעת ווען איר זענט דא,
דעמאלט'ס זעה איך דאך שוין אליין
אז איר הערט מיך אויס ,נאר ווען
איר גייט "אוועק" ..דעמאלט'ס זאל
אייך קלונגען אין די אויער'ן דאס
וואס איר האט דא געהערט!..
ח
אליעזר כי ת בוא נעימות
הקדמה
י'שמחו ה'חסידים ו'יגילו ה'משתוקקים לראות אור כי טוב מאמרי קודש
מרז"ל קדושים אשר בארץ המה ,ובשבח והודאה להשי"ת שהחיינו
וקימנו והגיענו לזמן הזה אני מודה ומשבח לאדון כל על שזכיתי לגמור
ספר "נעימות אליעזר" על התורה ומועדים באידיש אשר מיוסד על
דברי חז"ל ועל דברי רבותינו הקדושים תלמידי הבעל שם טוב הק'
ותלמידי המגיד זצוק"ל ,כדי שכל יהודי פשוט יזכה לשאוב מתורתם של
רז"ל אשר מפיהם אנו חיים כל ימינו על אדמתינו ,וכדי שכל יהודי פשוט
יזכה לדעת את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
והרי כבר ידוע ליודעי חן ,כי אמרו רז"ל (יבמות צ"ז ).על כל האומר דבר
שמועה מפיהם ששפתותיו דובבות בקבר ,ובספר חסידים (ס' רכ"ד)
איתא שהם מתפללין עליו שם וממליצים טובה עליו עכלה"ק.
ומודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי אשר זכיתי להוציא לאור ספר
"נעימות אליעזר" על התורה ומועדים באידיש אשר מטרתו של הספר
הוא אך ורק שכל יהודי יזכה לחיות עם "שויתי ה' לנגדי תמיד" בכל רגע
ורגע ולקיים "בכל דרכיך דעהו" במלא מובן המלה.
וברוך הוא אלקינו אשר נתן סיעתא דשמיא בעמלי וזכיתי לראות ברכה
בעמלי ,אשר אחרי שנים רבות וארוכות זכיתי לברך על המוגמר ולזכות
את הרבים בדברים פשוטים וברורים נראים לעינים בעניני עבודת השם
יתברך תורה ותפילה ומידות טובות וישרות ,ואכן שמע אלקים מתוך
סיעתא דשמיא אשר הרגשתי בה על כל צעד ושעל במהלך חיבור ספר
זה ,ומתוך שבח והודיה להשי"ת על כל הטוב אשר גמלני ,הנני עומד
עתה ב"פתח השער" ומתחנן לפני בורא כל עולמים שכה יתן ה' וכה
יוסיף ויזכני להעלות דבר נאה ומתוקן על שולחן חכמים ,ולהוסיף דעת
ט
אליעזר כי ת בוא נעימות
ותבונה ויראת ה' טהורה בתוך לבבות ישראל ,ואל יצא מתחת ידי שום
מכשול חס ושלום ,רק יחזק את האמונה ואת הניצוץ היהודי אשר נמצא
בתוך כל אחד ואחד מישראל ,ובעזרת השם יתברך יהיה לתועלת
הרבים ,ובפרט לבחורי ואברכי חוץ לארץ שיותר קל להם ללמוד ספרים
"באידיש" ,והרי כבר כתוב בתורתינו הק' בפרשה וילך (ל"א פ' י"ט):
"ועתה כתבו לכם את השירה הזאת ולמדה את בני ישראל שימה
בפיהם" ,פירוש שכל יהודי יזכה להבין ולהשכיל את התורה בשפה
שהוא מבין טוב.
וכאן המקום לציין שכל הספר מתחילה עד הסוף נעשית ע"פ הוראת
והדרכת גדולי ישראל על כל צעד ושעל ,וזהו אינו רק ספר לקריאה
גרידא ,כי אם גם ספר של לימוד התורה באמת ,יען כי הרי זה משפיע
יראת שמים במדה גדושה על לבבות ישראל.
וכאן המקום להודות ולהלל לכל האנשים שעזרו ותרמו ותמכו למען
הוצאת ספר זה ,יהי רצון מלפני אבינו שבשמים שיזכו לראות אך ורק
תענוג ונחת דקדושה מכל יוצ"ח ,ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים
בתורה ובמצות באמת לאויושט"א.
ובצאתי אפרוש כפי אל ה' בתפילה שאזכה לישב באהלה של תורה
ולהרביץ תורה ויראה כל ימי חיי ,ואזכה לעבוד את השם יתברך
בשמחה ובטוב לבב מרוב כל מתוך שמחה של מצוה יחד עם כל
ישראל ,ואזכה להיות מאלו שמוסיפים יופי לכתר הגדול שנקרא
תפארת ישרא"ל זרע אברה"ם אוהבו ,מתוך הרחבת הדעת ומנוחה,
ומתוך בריות גופא ונהורא מעליא ,עדי נזכה בקרוב ליעוד הנביא ומלאה
הארץ דעה את ה' וברחמים גדולים אקבצך בביאת גואל צדק ובבנין
בית המקדש השלישי במהרה בימינו אמן:
י
אליעזר כי ת בוא נעימות
בוא ֶאל ָה ָא ֶרץ
ְו ָהיָה ִּכי ָת ֹ
יך נ ֵֹתן לְ ָך נַ חֲלָה
שר יהו-ה אל ֶֹׁק ָ
בוא ֶׁאל הָ ָא ֶׁרץ אֲ ֶׁ
ְוהָ יָ ה ִּכי ָת ֹ
ִו ִיר ְש ּ ָת ּה ְויָ ַש ְב ּ ָת ּ ָב ּה :מען קען טייטש'ן דעם פסוק" :וְ הָ יָה כִּ י תָ בוֹא אֶ ל
ָארץ" וגו' על פי דעם באקאנט'ן ווארט וואס שטייט דאך שוין פון צדיקים,
הָ ֶ
ווייל עס שטייט דאך שוין פון צדיקים ,אז עס איז דאך דא היינטיגע צייטן
כל מיני מקומות אויף דער וועלט ,און א יעדער איינער האט זיך דאך
היינטיגע צייטן זיין אייגענ'ע דעה וואו עס ליגט דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת".
ווייל דער מענטש וואס קומט פון דעם רבי'ן ,שרייט דאך חי וקים אז ביי
אונז איז דא די ריכטיגע" :אֱמֶ ת" ,און דער מענטש וואס קומט פון דעם
רבי'ן ,שרייט דאך חי וקים אז ביי אונז איז דא די ריכטיגע" :אֱמֶ ת" ,און א
יעדער איינער זאגט דאך היינט פאר זיינע חסידים ואנשי מעשה אז ב"ה ..אז
מיר האבן זוכה געווען צו געהערן צו א פלאץ וואס איז ָאן געקומען צום
דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת".
דארף מען דאך אבער פארשטיין ,אז וואס איז טאקע די ריכטיגע:
"אֱמֶ ת" !?..וואו איז טאקע די ריכטיגע אמת'ע פלאץ אויף דער וועלט!?..
מענטשן האלטן דאך און איין שרייען אז ..ביי אונז איז דא די" :אֱמֶ ת" ,און
ביי אונז איז דא די" :אֱמֶ ת" ,אבער ווען מען קומט אויף א צווייטע פלאץ,
דעמאלט'ס הערט מען גלייך ווי מענטשן זאגן אז ב"ה ..אז "מיר" האבן זוכה
געווען ָאן צו קומען צום" :אֱמֶ ת" ,נו ..וואו איז טאקע די ריכטיגע:
"אֱמֶ ת" !?..יעדער איינער שרייט דאך חי וקים אז ביי זיי איז דא די
ריכטיגע" :אֱמֶ ת" ,נו וואו איז טאקע די אמת'ע" :אֱמֶ ת"!?..
יא
אליעזר כי ת בוא נעימות
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז עס שטייט דאך שוין פון איינער פון די
פריער'דיגע צדיקים ,אז אויב ווילסטו וויסן וואס די" :אֱמֶ ת" איז ,זאלסטו
דעמאלט'ס גוט אריין קוקען אין די ווארט" :אֱמֶ ת".
ווייל די ווארט" :אֱמֶ ת" איז דאך בעצם צוזאם געשטעלט פון צוויי
ווערטער" :אֱ ..מֶ ת" – דאס איז" :אֶ הְ יֶה מֵ ת" – איין טאג גיי איך זיין א
טויט'ער ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז דו ביזט
גערעכט טאקע אז דו טוס'ט ..און דו מאכס'ט ..און דו ערלעדיגס'ט זאכן,
אבער עס גייט דאך איין טאג ָאן קומען די טאג וואס דו וועסט דעמאלט'ס
מוזן צוריק גיין צום אייבערשטן.
אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין די משנה אין אבות (פרק ד'
משנה כ"ב) ,אז" :עַ ל כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה נוֹצָ ר" – אז דו ווערס'ט דאך באשאפן
געצוואונגענערהייט ,און" :וְ עַ ל כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה נ ֹולָד" – און דו ווערס'ט דאך
געבוירן געצוואונגענערהייט ,און" :וְ עַ ל כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה חַ י" – און דו לעבס'ט
דאך געצוואונגענערהייט ,און" :וְ עַ ל כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה מֵ ת" – און דו שטארבס'ט
דאך געצוואונגענערהייט ,און" :וְ עַ ל כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה עָ תִּ יד לִּ תֵ ן ִּדין וְ חֶ ְשּבוֹן לִּ פְ נֵי
מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָכִּ ים הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא" – און דו וועסט דאך אויך מוזן אפ
געבן א דין וחשבון פארן גרויסן" :מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָכִּ ים הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא"
וועט די צייט וועט קומען.
און דאס ..איז די ריכטיגע אמת'ע" :אֱמֶ ת" ,ווייל די" :אֱמֶ ת" איז ,אז איין
טאג וועל איך מוזן צוריק גיין צום" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,און ..יא" :אֶ הְ יֶה
מֵ ת" – איין טאג גיי איך זיין א טויט'ער און איך וועל ליגן אין די הענט פון:
חֶ סֶ ד שֶ ל "אֱמֶ ת" ,און איך וועל דעמאלט'ס מוזן אפ געבן א אמת'ע
יב
אליעזר כי ת בוא נעימות
פונקליכ'ע דין וחשבון אויפן" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת" ,פאר דעם" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם
אֱמֶ ת" וויפיל" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" איך האב זוכה געווען צו לערנען דורך אויס מיין
גאנצע לעבן וואס איך האב געלעבט אויף דער וועלט.
און אויב עס איז" :אֱמֶ ת" אז" :אֶ הְ יֶה מֵ ת" – און אויב עס איז" :אֱמֶ ת" אז
איך גיי טאקע איין טאג זיין א טויט'ער ,דעמאלט'ס דארף איך זיך דאך שוין
יעצט זעהן ָאן צו גרייטן צו יענעם גרויסן טאג ,און מיט א יעדע פעולה וואס
איך טוה פארן" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" – און מיט א יעדע פעולה וואס איך
טוה פארן אייבערשטנ'ס וועגן ,גרייט איך זיך דאך מיט דעם צו מער און
מער צו יענע גרויסע טאג ווען איך וועל דארפן ארויף גיין אויף יענע וועלט
און אפ געבן א אמת'ע דין וחשבון אויף אלע מיינע מעשים וואס איך האב
נאר געטוהן דורך אויס מיין גאנצן לעבן.
און אויב זוך איך שטענדיג נאך צו לויפן דער הייליגער" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם
אֱמֶ ת" ,און איך זוך שטענדיג א וועג ווי אזוי צו זיין "דבוק" אין דעם
הייליגן" :יהו-ה אֱֹלקֵ ינּו אֱמֶ ת" ,און איך רעד שטענדיג צום אייבערשטן ,און
איך לערן שטענדיג זיין הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" ,דעמאלט'ס בין איך טאקע
ביי דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת" ,ווייל די ווארט" :אֱמֶ ת" האט דאך נאר בעצם
צוויי אפ טייטש'ן ,און די צוויי אפ טייטש'ן זענען.
א) דער הייליגער" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת".
ב) דער הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת".
יג
אליעזר כי ת בוא נעימות
און די סיבה פארוואס מיר האבן דערמאנט די ווארטּ" :בְ עֶ צֶ ם" איז ,ווייל אין
אמת'ן איז דאךּ" :בְ עֶ צֶ ם" דא נאך צוויי אפ טייטש'ן אויף די ווארט" :אֱמֶ ת",
און די אנדערע צוויי אפ טייטש'ן אויף די ווארט" :אֱמֶ ת" זענען דאך :ג)
דער" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת" ,ד) א יודיש קינד ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע
בפירוש אין פסוק (מיכה קפיטל ז' פסוק כ') ,אז" :תִּ תֵ ן אֱמֶ ת לְ ַיעֲקֹ ב".
און די אלע פיר זאכן גייען דאך בעצם צוזאמען ,ווייל אויב א "יודיש קינד"
פארשטייט טאקע באמת אז ער גייט איין טאג ָאן קומען אויף דעם" :ע ֹולָם
הָ אֱמֶ ת" און ער וועט דעמאלט'ס מוזן אפ געבן א אמת'ע פונקטליכ'ע דין
וחשבון פאר דעם" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,דעמאלט'ס זוכט ער דאך שוין
מער נישט נאך צו לויפן דעם פאלטש'ן" :ע ֹולָם הַ שֶ קֶ ר" ,נאר ער נעמט זיך
שוין דעמאלט'ס נאך לויפן דער הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" ,און ער נעמט זיך
שוין דעמאלט'ס נאך לויפן דעם הייליגן" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" כדי צו זיין
דבוק אין איהם ,ווייל דאס איז דאך די אמת'ע" :אֱמֶ ת" ,די אמת'ע" :אֱמֶ ת"
האט דאך בעצם נאר צוויי אפ טייטש'ן ,און די צוויי אפ טייטש'ן זענען :א)
דער הייליגער" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,ב) דער הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת".
און די אנדערע צוויי טייטש'ן וואס מיר האבן פריער דערמאנט איז דאך נאר
א "וועג" ווי אזוי צו קענען צו קומען צו די צוויי אמת'ע אפ טייטש'ן פון די
ווארט" :אֱמֶ ת" ,ווייל מען מוז דאך זיין א "יודיש קינד" כדי צו קענען צו
קומען צו דער הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" און זיין דבוק אין דעם הייליגן:
"יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,ווייל א טמא'נע גוי קען דאך נישט לערנען דער
הייליגער תורה הק' ,און אוודאי און אוודאי קען ער נישט זיין דבוק אין דעם
הייליגן באשעפער.
יד
אליעזר כי ת בוא נעימות
אבער דאס אליין איז דאך אויך נישט גענוג ,ווייל אויב לעבט מען ָאן קיין:
"דע מֵ ַאיִּן ּבָ אתָ ּולְ ָאן אַ תָ ה ה ֹולְֵך וְ לִּ פְ נֵי ִּמי אַ תָ ה עָ תִּ יד
"הִּ תְ ּב ֹונְנּות" אין דעםַ :
לִּ תֵ ן ִּדין וְ חֶ ְשּבוֹן" וגו' ,דעמאלט'ס קען מען דאך אויך נישט זוכה זיין צו צו
קומען צו דער הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" און זיין דבוק אין דעם הייליגן:
"יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,ווייל א יודיש קינד מוז דאך פארשטיין ביי זיך וואס
דאס מיינט אז איין טאג וועל איך מוזן ארויף גיין אויף דעם" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת",
און איך וועל דעמאלט'ס מוזן אפ געבן א פונקטליכ'ע דין וחשבון פארן
הייליגן באשעפער.
און די נקודה אז מען דארף זיין א "יודיש קינד" כדי צו קענען צו קומען צו
דעם הייליגן" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" און צום הייליגן" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת"..
פארשטייט דאך שוין א יעדער חדר יונגל ,און די נקודה אז א מענטש דארף
טאקע באמת פארשטיין אז איך וועל איין טאג מוזן ארויף גיין אויף דעם:
"ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת" און אפ געבן א פונקטליכ'ע דין וחשבון פארן הייליגן
באשעפער ..איז דאך שוין אויך א פשוט'ע זאך וואס א יעדער בר דעת
פארשטייט דאך שוין פון זיך אליין.
ווייל ווי אזוי דען ווילסטו לעבן א ערליך יודיש לעבן אויב פארשטייסטו
נישט אז דו וועסט איין טאג מוזן ארויף קומען אויף דעם" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת"
און אפ געבן א פונקטליכ'ע דין וחשבון פארן גרויסןּ" :בוֹרֵ א ּומַ נְהִּ יג לְ כָל
הַ ּבְ רּואִּ ים" !?..ווי אזוי !?..די נידריגע וועלט שלעפט דאך אראפ א יעדעם
איינעם ָאן קיין אויסנאם צו די נידריג'סטע" :תַ ֲאוַת וְ הַ בְ לֵי ע ֹולָם הַ זֶה"!?..
און ווי אזוי ווילסטו ָאן קומען צו זיין א ערליכע יוד אויב דו פארגעסט
אינגאנצן פון דעם" :וְ י ַָדעְ תָ הַ ּיוֹם ַוהֲשֵ בֹתָ אֶ ל לְ בָ בֶ ָך" – ווי אזוי ווילסטו ָאן
טו
אליעזר כי ת בוא נעימות
קומען צו זיין א ערליכע יוד אויב דו פארגעסט אינגאנצן פון דעם" :יוֹם
הַ ִּמיתָ ה" ווען דו וועסט מוזן ארויף גיין אויף דעם" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת" און אפ
געבן א פונקטליכ'ע דין וחשבון אויף אלע דיינע מעשים !?..אויב דו ביזט
אינגאנצן איין געזינקען אין דעם נידריג'ן" :ע ֹולָם הַ שֶ קֶ ר" ,און דו האסט
אינגאנצן פארגעסן אז עס איז בכלל דא אזא זאך ווי א" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת" ,איז
דעמאלט'ס ווי אזוי ווילסטו בכלל אויף וואקסן א ערליכע יודיש קינד!?..
און ממילא עס איז דאך א פשוט'ע זאך אז א מענטש מוז גוט פארשטיין
וואס דאס מיינט אז עס עקזעסטירט אזא זאך ווי א" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת" ,ווייל
אויב גלייבסטו נאר אין איין נידריגע וועלט ,דעמאלט'ס איז דאך אום
מעגליך אויף צו וואקסן א ערליכע יוד!?..
און ..יאּ" :ומו ֶֹדה עַ ל הָ אֱמֶ ת" – א יודיש קינד מוז דאך מודה זיין אז עס איז
דא אזא זאך ווי א" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת"[ ,און :וְ דוֹבֵ ר "אֱמֶ ת" ּבִּ לְ בָ ב ֹו – און ער
דארף דאך אויך זיין אמת'דיג מיט זיך אליין ,און דאס איז דאך שוין טאקע
איינער פון די דריי שטערקסט'ע יסודות וואס אונזערע הייליגע רבי'ס האבן
דאך אונז שוין טאקע אוועק געשטעלט ,אז א מענטש דארף זיין אמת'דיג
מיט זיך אליין ,און דאס איז דאך טאקע איינער פון די גרעסטע שליסלעך פון
"הצלחה" אויף דער וועלט ,ברוחניות ובגשמיות].
אוןּ" :ומו ֶֹדה עַ ל הָ אֱמֶ ת" – און נאר נאך דעם וואס דו פארשטייס'ט שוין
טאקע באמת וואס דאס מיינט אז עס איז דא אזא זאך ווי א" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת",
ערשט דעמאלט'ס" :וְ י ְַשכֵם וְ יֹאמַ ר" – ערשט דעמאלט'ס קענסטו זיך ערשט
שטעלן דאווענען א ווארימ'ע הייליגע דאווענען פארן הייליגן באשעפער.
טז
אליעזר כי ת בוא נעימות
ווייל ווי לאנג" :טָ פַ לְ נּו שֶ קֶ ר" – ווייל ווי לאנג א מענטש איז נאך טפל צום:
"שֶ קֶ ר" – ווייל ווי לאנג א מענטש איז נאך צו געבינדן צו דעם נאריש'ן:
"ע ֹולָם הַ שֶ קֶ ר" ,און ער גלייבט נאך נעבעך אין דעם נאריש'ן נידריג'ן
וועלט'ל ,דעמאלט'ס איז איהם נאך שווער צו זיין דבוק אין דעם הייליגן:
"יהו-ה אֱֹלקֵ ינּו אֱמֶ ת".
אבער איינמאל א מענטש נעמט אריין ביי זיך אין קאפ אז עס איז נישט דא
וואס צו זוכן אין דעם נאריש'ן נידריג'ן" :ע ֹולָם הַ שֶ קֶ ר" ,דעמאלט'ס קען ער
טאקע זוכה זיין צו זיין דבוק אין דעם גרויסן הייליגן" :יהו-ה אֱֹלקֵ ינּו אֱמֶ ת"
און איהם שטענדיג רופן ווען עס גייט איהם עפעס שווער ,און :קָ רוֹב יהו-ה
לְ כָל קֹ ְרָאיו לְ כָל אֲשֶ ר י ְִּק ָראֻהּו "ּבֶ אֱמֶ ת" – און דער אייבערשטער איז טאקע
נאנט צו אזא איינער וואס געפונט זיך שוין טאקע ביים ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת".
און די ריכטיגע" :אֱמֶ ת" איז ,צו פארשטיין אז עס איז נישט דא וואס צו זוכן
אין דעם נידריג'ן נאריש'ן" :ע ֹולָם הַ שֶ קֶ ר" ,און די אמת'ע" :אֱמֶ ת" איז ,צו
פארשטיין אז עס איז נישט פארהאן קיין אמת'ע "תענוגים" אויף דער
וועלט ,ווייל דער הייליגער באשעפער איז דאך די "מקור התענוגים" ,און די
אמת'ע וועג ווי אזוי א מענטש קען זיך מתענג זיין אויף דער וועלט איז דאך
נאר דורך דעם וואס ער איז זיך מדבק אין דעם הייליגן באשעפער וואס איז
דאך די "מקור התענוגים".
און ווי אזוי זאגט אונז די פסוק (ישעיה קפיטל נ"ח פסוק י"ד) !?..אזָ" :אז
תִּ תְ עַ נַג עַ ל יהו-ה" ,און די ווארטָ" :אז" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות:
" ֶז ַרע אַ בְ ָרהָ ם" ,ווייל יא ר' יוד ,דו זאלסט גוט וויסן און גוט געדענקען ,אז:
"ָאז" – אז קינדער וואס שטאמען פון אזעלכע הייליגע אבות הקדושים,
יז
אליעזר כי ת בוא נעימות
זענען זיך נישט מתענג מיט קיין נאריש'ע נדריגע" :תַ ֲאוַת ע ֹולָם הַ זֶה" ,ניין
ניין ניין ,נאר דו ווייסט ווי אזויּ" :בְ נֵי ַאבְ ָרהָ ם יִּצְ חָ ק וְ ַיעֲקֹ ב" זענען זיך
מתענג !?..איך וועל דיר זאגן ווי אזויּ" :בְ נֵי ַאבְ ָרהָ ם יִּצְ חָ ק וְ ַיעֲקֹ ב" זענען זיך
מתענג ,זיי זענען" :תִּ תְ עַ נַג עַ ל יהו-ה" – זיי זענען זיך מתענג מיט דעם
הייליגןּ" :בוֹרֵ א כָל ע ֹול ִָּמים" וואס איז דאך די "מקור התענוגים".
און ווי אזוי זאגט דער הייליגער תנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי אין זיין
הייליגן ספר הזוהר הקדוש אין פרשת יתרו (דף :פ"ח ע"א) !?..וזלה"ק ,אז:
"רּבִּ י ִּש ְמעוֹן ָאמַ ר" – אז דער הייליגער תנא רבי שמעון האט געזאגט ,אז:
ַ
עּודתֵ י ּבְ שַ ּבַ תָ א – אז א יעדער איינער וואס האט
"דאַ ְשלִּ ים" תְ לַת סְ ְ
הַ אי מַ אן ְ
"משלים" געווען די דריי סעודות פון "שבת קודש" ,איז" :קָ לָא נָפִּ יק
ּומַ כְ ְרזָא ֲעלֵּה" – גייט דעמאלט'ס ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס
אויף דעם מענטש די ווערטערָ" :אז תִּ תְ עַ נַג עַ ל יהו-ה".
אבער עס איז כדאי ָאן צו מערקן ,אז עס שטייט דאך נישט אין דעם הייליגן
עּודתֵ י ּבְ שַ ּבַ תָ א – אז
"דָאכִּ יל" תְ לַת סְ ְ
זוהר הקדוש דעם לשון ,אז :הַ אי מַ אן ְ
דער וואס עס האט "געגעסן" דריי סעודות שבת קודש גייט ארויס אויף
איהם די בת קול פוןָ" :אז תִּ תְ עַ נַג עַ ל יהו-ה" ,נאר עס שטייט אין דעם
עּודתֵ י ּבְ שַ ּבַ תָ א
"דאַ ְשלִּ ים" תְ לַת סְ ְ
הייליגן זוהר הק' דעם לשון ,אז :הַ אי מַ אן ְ
– אז א יעדער איינער וואס האט "משלים" די דריי סעודות פון שבת קודש,
אבער איין מינוט ,וואס מיינט "משלים" געווען!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז "משלים" געווען מיינט" ,משלים" געווען
מיט" :זְ ִּמירוֹת ִּשירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת לְ מֶ לְֶך אֵ -ל חַ י וְ קַ ּיָם" ,ווייל דער הייליגער
זוהר הקדוש שרייבט דאך שוין בפירוש גלייך נאך דעם (אין פרשת יתרו),
יח
אליעזר כי ת בוא נעימות
אז" :לְ ִּקבְ לֵּה" – אז פון די אנדערע זייט דארף מען דאך אבער אויך וויסן,
עּודתֵ ּה – אז א יודיש קינד דארף אויך זעהן "משלים"
אזּ :בָ עֵ י "לְ אַ ְשלָמָ א" סְ ְ
צו זיין די הייליגע סעודות שבת קודש מיט" :זְ ִּמירוֹת ִּשירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת לְ מֶ לְֶך
אֵ -ל חַ י וְ קַ ּיָם" ,און נישט סתם אפ עסן א סעודת שבת קודש אזוי ווי א
פשוט'ע פראסטע וואכעדיגע סעודה ,נאר מען דארף זעהן צו זינגען:
"זְ ִּמירוֹת ִּשירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת" פארן הייליגן באשעפער וואס האט אונז געגעבן
דעם שיינעם מתנה וואס הייסט "שבת קודש".
עּודתֵ י" – און עס איז
און עס איז אמת טאקע אזּ" :ובָ עֵ י לְ אִּ תְ עַ ָנגָא ּבְ כֻלְ הּו סְ ְ
אמת טאקע אז מען דארף זיך טאקע מתענג זיין ביי די הייליגע סעודות שבת
קודש ,אבערּ" :ולְ מֶ ח ֱֵדי ּבְ כָל חַ ד וְ חַ ד ִּמ ַניְהּו" – אבער מען דארף זיך דאך
אבער אויך גאר שטארק פרייען ביי א יעדע איינס פון זיי ,און מען דארף
דאך אויך מקיים זיין דעם" :תְ נּו שֶ בַ ח וְ ִּש ָירה לָאֵ -ל אֲשֶ ר שַ ּבָ ת ּבָ ָרא".
און מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע א יעדן שבת קודש ביי דעם פיוט פון:
"לְ כָה דו ִֹּדי" ,אז" :הִּ תְ עו ְֹר ִּרי הִּ תְ עו ְֹר ִּרי" – אז וועקט'ס ענק אויף ..וועקט'ס
ענק אויף ..יודישע קינדער פון ענקער טיפע שלאף ,אבער דו ווייסט
פארוואס!?..
ווייל" :כִּ י בָ א אוֹרֵ ְך" – ווייל עס קומט דאך דא גאר א גרויסער גאסט ,און
עס פאסט דאך נישט צו שלאפן ווען עס קומט אריין אין שטוב אזא גרויסע
עּורי" – אבער דו ווייסט ווי
"עּורי ִּ
חשוב'ע גאסט ,אבער דו ווייסט ווי אזויִּ :
אזוי מען וועקט זיך אויף אין דעם הייליגן טאג פון "שבת קודש" !?..איך
"שיר ַדּבֵ ִּרי" – דורך דעם וואס מען זינגט צום
וועל דיר זאגן ווי אזוי ,דורךִּ :
הייליגן באשעפער ,ווייל דורך דעם וועט דאך זיין" :כְ בוֹד יהו-ה עָ ַליְִּך
יט
אליעזר כי ת בוא נעימות
נִּגְ לָה" – ווייל דורך דעם וואס מען זינגט צום הייליגן באשעפער וועט דאך
נתגלה ווערן ביי דיר די כבוד פון דעם הייליגן באשעפער.
און ממילאֹ" :לא תֵ בו ִֹּשי וְ ֹלא תִּ כָלְ ִּמי" – און ממילא שעמט'ס ענק נישט צו
זינגען צום הייליגן באשעפער ,ווייל די ענין פון" :זְ ִּמירוֹת ִּשירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת
ּבְ ָרכוֹת וְ הו ָֹדאוֹת לְ מֶ לְֶך אֵ -ל חַ י וְ קַ ּיָם" וועט דאך נאר צו ברענגען אז:
"וְ נִּבְ נְתָ ה עִּ יר עַ ל תִּ לָּה" – ווייל די ענין פון" :זְ ִּמירוֹת ִּשירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת ּבְ ָרכוֹת
וְ הו ָֹדאוֹת לְ מֶ לְֶך אֵ -ל חַ י וְ קַ ּיָם" וועט דאך נאר צו ברענגען אז דער הייליגער
באשעפער זאל שוין אויף בויען ירושלים עיר הקודש און אונז ברענגען:
"מָ ִּשיחַ צִּ ְדקֵ נּו".
ווייל עס שטייט דאך שוין בפירוש אין חז"ל (שבת דף :קי"ח ע"ב) ,אז:
"אִּ לּו שָ ְמרּו י ְִּש ָראֵ ל ְשנֵי שַ ּבָ תוֹת ִּמ ַּיד נִּגְ ָאלִּ ין" ,און די ראשי תיבות פון די
ווערטער" :אִּ לּו שָ ְמרּו ִּי ְש ָראֵ ל" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות" :אִּ שֵ י"
– א "פלאם פייער" ,ווייל יא ר' יוד ,אויב עס וואלט געהערש'ט א" :אִּ שֵ י
י ְִּש ָראֵ ל" – אויב עס וואלט געהערש'ט א "פלאם פייער" פון א יודיש קינד
אין דעם הייליגן שבת קודש ,דעמאלט'סִּ " :מ ַּיד נִּגְ ָאלִּ ין" – דעמאלט'ס
וואלטן מיר דאך שוין פון לאנג געווען אויס געלייזט פון דעם שווער'ן
ביטער'ן גלות.
ווייל וואס איז דען די פליכט פון א יודיש קינד אויף דער וועלט אויב נישט
אז ער זאל דערהייבן דעם אייבערשטנ'ס נאמען !?..די ווארט" :אִּ שֵ י" – איז
דאך טאקע אויך ראשי תיבותִּ " :יתְ רוֹמֵ ם שֵ ם ֱאֹלקֵ ינּו" – עס זאל דערהויבן
ווערן דעם אייבערשטנ'ס נאמען ,ווייל יא ר' יוד ,דו ווייסט וואס די "תפקיד"
פון א יודיש קינד איז!?..
כ
אליעזר כי ת בוא נעימות
די "תפקיד" פון א יודיש קינד איז ,גרויס צו מאכן דעם אייבערשטנ'ס
נאמען ,און זינגען" :זְ ִּמירוֹת ִּשירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת" פארן אייבערשטנ'ס כבוד
וועגן ,און ..יא ,עס דארף זיין א" :אִּ שֵ י י ְִּש ָראֵ ל" – א יודיש קינד דארף
"ברענען" צו קענען אויס פירן זיין הייליגן תפקיד פוןִּ " :יתְ רוֹמֵ ם שֵ ם
ֱאֹלקֵ ינּו"!..
אבער וועלכע מזמור געהערט צום הייליגן טאג פון שבת קודש !?..די
"מזְ מוֹר ִּשיר לְ יוֹם הַ שַ ּבָ ת"
תירוץ אויף דעם איז ,אז די הייליגע מזמור פוןִּ :
"מזְ מוֹר ִּשיר
געהערט דאך צום הייליגן טאג פון שבת קודש ,און וואס איזִּ :
לְ יוֹם הַ שַ ּבָ ת"!?..
"מזְ מוֹר ִּשיר לְ יוֹם הַ שַ ּבָ ת" איז ,איין זאך ,און
די תירוץ אויף דעם איז ,אזִּ :
דאס איז ,אז" :טוֹב לְ הֹדוֹת לַיהו-ה ּולְ זַמֵ ר לְ ִּש ְמָך עֶ לְ יוֹן" – צו דאנקען און
לויבן דעם הייליגן באשעפער אויף דעם גרויסן" :מַ תָ נָה טוֹבָ ה" וואס ער
האט אונז געגעבןּ" :בְ ַאהֲבָ ה ּובְ ָרצוֹן" ,און דאס איז דאך" :שַ ּבַ ת קָ ְדשֶ ָך" –
און דאס איז דאך זיין הייליגער שבת קודש וואס" :כִּ י ב ֹו שָ בַ ת אֵ -ל ִּמכָל
ְמלַאכְ תוֹ".
און דער הייליגער זוהר הקדוש זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך אין פרשת
"רב הַ ְמנּונָא סָ בָ א"] כַד ֲהוָה
"רּבִּ י אַ ּבָ א" [ולפי נוסח אחרַ :
יתרו ,וזלה"ק ,אזַ :
"רב
עּודתָ א ְדשַ ּבַ תָ א ֲהוֵי חָ ֵדי ּבְ כָל חַ ד וְ חַ ד" – אז רבי אבא [אדערַ :
יָתִּ יב ּבִּ סְ ָ
הַ ְמנּונָא סָ בָ א"] פלעגט זיך גאר שטארק פרייען ביי א יעדע איינציגע סעודה
עּודתֵ י" – און
פון די הייליגע סעודות שבת קודש ,און" :כַד ֲהוָה אַ ְשלִּ ים סְ ְ
ווען ער האט גע'ענדיגט די הייליגע סעודת שבת קודש ,דעמאלט'סָ" :אמַ ר"
כא
אליעזר כי ת בוא נעימות
ימנּותָ א" – אז
עּודתֵ י ִּד ְמהֵ ְ
– האט ער דעמאלט'ס געזאגט ,אז" :אַ ְשלִּ ימּו סְ ְ
ימנּותָ א"!..
עּודתֵ י ִּד ְמהֵ ְ
דאס הייסט "משלים" געווען די הייליגע" :סְ ְ
ווייל יא ר' יוד" ,משלים" געווען א סעודת שבת קודש הייסט נאר דורך דעם
וואס מען איז "משלים" די סעודה מיט ווארימ'ע" :זְ ִּמירוֹת ִּשירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת
"ש ְמחָ ה שֶ ל ִּמצְ וָה" ,און דאס איז
לְ מֶ לְֶך אֵ -ל חַ י וְ קַ ּיָם" מיט א אמת'עִּ :
אמת'ע "סחורה" ,און דאס איז אמת'ע "תענוגים".
און ווען א מענטש פראבירט זיך שטענדיג מדבק צו זיין אין דעם הייליגן:
"ש ְמחָ ה שֶ ל ִּמצְ וָה" ,און ער בעט שטענדיג
"יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" מיט אִּ :
דעם הייליגן באשעפער אז" :וְ תֵ ן ּבָ נּו יֵצֶ ר טוֹב לְ עָ בְ ְדָך ּבֶ אֱמֶ ת" – און ער בעט
שטענדיג דעם הייליגן באשעפער אז ער זאל איהם פירןּ" :בְ ֶד ֶרְך הָ אֱמֶ ת"
ברוחניות ובגשמיות ,דעמאלט'ס זאל ער וויסן אז ער איז טאקע ביי דעם
ריכטיג'ן אמת'ן" :אֱמֶ ת".
און ממילא וועגן דעם האבן מיר טאקע פריער דערמאנט ,אז די צוויי עיקר
טייטש'ן וואס טייטש'ט אפ די ווארט" :אֱמֶ ת" זענען :א) דער הייליגער:
"יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,ב) און דער הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" ,ווייל דאס אז א
יודיש קינד [וואס ווערט ָאן גערופן" :אֱמֶ ת"] דארף גלייבן אין דעם" :ע ֹולָם
הָ אֱמֶ ת" ,איז דאך שוין א פשוט'ע זאך וואס א יעדע בר דעת פארשטייט דאך
שוין פון זיך אליין.
נאר די עיקר צוויי טייטש'ן וואס טייטש'ט אפ די ווארט" :אֱמֶ ת" [וואס א
יעדע יודיש קינד דארף וויסן] איז ,צו לעבן מיט דעם הייליגן" :יהו-ה
כב
אליעזר כי ת בוא נעימות
אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,און צו זיין דבוק אין זיין הייליגע" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" ,און אויב
טוסטו דאס ,דעמאלט'ס ביזטו דאך טאקע ביי דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת".
און איינמאל דו ביזט שוין ביי דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת" ,דעמאלט'ס קענסטו
שוין זיין ארום גענומען מיט סיי וועלכע היימישע סביבה עס זאל נאר זיין.
ווייל די כלל איז ,אז אויב מאכט מען אז דו זאלסט טראכטן פון דעם
אייבערשטן ביי די פלאץ וואו דו געפונס'ט זיך ,ביזטו דעמאלט'ס טאקע ביי
דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת" ,און אויב מאכט מען אז דו זאלסט זיין דבוק אין דער
הייליגער תורה הק' ביי די פלאץ וואו דו געפונס'ט זיך ,ביזטו דעמאלט'ס
טאקע ביי דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת" ,און אויב ברענגט מען דיר נענטער צום
אייבערשטן ביי די פלאץ וואו דו געפונס'ט זיך ,ביזטו דעמאלט'ס טאקע ביי
דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת" ,און אויב ווארימ'ט מען דיר ָאן דיין הארץ מיט
ווערטער פון" :י ְִּרַאת שָ מַ יִּם" ,ביזטו דעמאלט'ס טאקע ביי דעם ריכטיג'ן:
"אֱמֶ ת".
און דעמאלט'ס איז דאך שוין נישט קיין שום חילוק ווי אזוי דיין ישיבה
רופט זיך ,און דעמאלט'ס איז דאך שוין נישט קיין שום חילוק ווי אזוי דיין
חסידות רופט זיך ,זאל עס הייסן ווי אזוי עס הייסט ,עס איז נישט קיין שום
נפקא מינה.
ווייל די עיקר איז דאך ,אז מען ברענגט דיר דארט נענטער און נענטער צום
הייליגן" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" און צו זיין הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" ,און
אויב דיין סביבה מאכט אז דו זאלסט זיין נאנט צום אייבערשטן ,ביזטו דאך
דעמאלט'ס טאקע ביי דעם ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת".
כג
אליעזר כי ת בוא נעימות
אבער אויב דיין סביבה מאכט ח"ו אז דו זאלסט ווערן אפ געריסן פון דעם
אייבערשטן ,דעמאלט'ס קענסטו זיך געפונען אין דעם שענסט'ן חסידות
אויף דער וועלט און דו ביזט דעמאלט'ס אויך נישט ביים" :אֱמֶ ת" ,ווייל די
ווארט" :אֱמֶ ת" קען דאך אויס דרוק'לעך נאר פאר רופן ווערן אויף א פלאץ
וואס ברענגט דיר נענטער צום הייליגן" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,און צו זיין
הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת".
און א מענטש דארף דאך שטענדיג געדענקען ,אז א מענטש איז דאך נאר
אראפ געקומען אויף דער וועלט כדי צו פראבירן אויף צו טוהן וויפיל ער
קען ,אבער איין שיינעם טאג וועט דאך קומען די צייט וואס מען וועט
דעמאלט'ס מוזן צוריק גיין צום אייבערשטן ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין
טאקע בפירוש אין די משנה אין אבות (פרק ד' משנה כ"ב) ,אז" :עַ ל כ ְָרחָ ְך
אַ תָ ה נוֹצָ ר" – אז דו ווערס'ט דאך באשאפן געצוואונגענערהייט ,און" :וְ עַ ל
כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה נ ֹולָד" – און דו ווערס'ט דאך געבוירן געצוואונגענערהייט ,און:
"וְ עַ ל כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה חַ י" – און דו לעבס'ט דאך געצוואונגענערהייט ,און" :וְ עַ ל
כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה מֵ ת" – און דו שטארבס'ט דאך געצוואונגענערהייט ,און" :וְ עַ ל
כ ְָרחָ ְך אַ תָ ה עָ תִּ יד לִּ תֵ ן ִּדין וְ חֶ ְשּבוֹן לִּ פְ נֵי מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָכִּ ים הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך
הּוא" – און דו וועסט דאך אויך מוזן אפ געבן א דין וחשבון פארן גרויסן:
"מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָכִּ ים הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא" וועט די צייט וועט קומען.
און דאס איז די ריכטיגע" :אֱמֶ ת" ,ווייל די ריכטיגע" :אֱמֶ ת" איז דאך ,אז:
"אֶ הְ יֶה מֵ ת" – אז איין טאג גיי איך זיין א" :מֵ ת" – אז איין טאג גיי איך זיין
א טויט'ער ,און די ריכטיגע אמת'ע וועג ווי אזוי מען דארף זיך צו גרייטן
צום" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת" איז דאך דורך דעם וואס מען גרייט זיך ָאן מיט:
כד
אליעזר כי ת בוא נעימות
"דבָ ִּרים א ֲִּמתִּ ּיִּ ים" – מיט אמת'ע סחורה ,און נישט
"דבָ ִּרים נִּצְ ִּחּיִּ ים" – מיטְ :
ְ
מיט קיין פאלטש'ע סחורה ,נאר מיט אמת'ע זאכן ,און וואס איז אמת'ע
זאכן!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,אז וואס הייסט וואס איז אמת'ע זאכן !?..מיר זאגן
דאך שוין אלע ביי די ברכות התורה ,אז :אֲשֶ ר נָתַ ן לָנּו "תו ַֹרת אֱמֶ ת" ,און מיר
זאגן דאך שוין טאקע אלע א יעדן טאג ביים דאווענען ,אזּ :בָ רּוְך הּוא אֱֹלקֵ ינּו
שֶ ּבְ ָרָאנּו לִּ כְ בוֹד ֹו וְ הִּ בְ ִּדילָנּו ִּמן הַ תוֹעִּ ים "וְ נָתַ ן לָנּו תו ַֹרת אֱמֶ ת" ,ווייל דער
הייליגער תורה הק' איז דאך די אמת'ע" :אֱמֶ ת" וואס עס איז נאר פארהאנען
אויף דער וועלט.
"מקוֹר" הָ אֱמֶ ת – ווייל דאס קומט דאך
ווייל דאס קומט דאך גלייך פון דעםְ :
גלייך פון דעם" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" ,און אזוי ווי דוד המלך זאגט דאך
אונז שוין טאקע אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"ט פסוק קמ"ב) ,אז:
"צִּ ְדקָ תְ ָך צֶ ֶדק לְ ע ֹולָם וְ תו ָֹרתְ ָך אֱמֶ ת" ,און צו די ווארט" :אֱמֶ ת" איז" :אַ תָ ה
הּוא ִּראשוֹן" – און צו די ווארט" :אֱמֶ ת" ביזטו דאך הייליגער באשעפער
דער ערשט'ער אפ טייטש ,און" :וְ אַ תָ ה הּוא ַאחֲרוֹן" – און דו ביזט דער
לעצט'ער אפ טייטש צו דעם[ ,צוזאמען מיט דיין הייליגער תורה הק'
פארשטייט זיך] ,ווייל דאס איז דאך די אמת'ע" :אֱמֶ ת" וואס עס איז נאר
פארהאנען אויף דער וועלט.
און מיר געפונען דאך שוין טאקע אויך אין גאר אסאך ספרים הק' אזא סארט
לשון ,ווייל גאר אסאך מאל זעהט מען דאך אין די ספרים הק' א לשון ,אז
דער מחבר שרייבט דארטן ,און דער פשט וואס איך האב דא יעצט
געשריבן ..איז דאך ממש" :אֱמֶ ת ַלא ֲִּמתוֹ" – צוויי מאל" :אֱמֶ ת" ,און דאס
כה
אליעזר כי ת בוא נעימות
איז דאך" :אֱמֶ ת ּבְ תוְֹך הָ אֱמֶ ת" ,ווייל א יעדער איינער שרייט דאך שטענדיג
אז ביי זיי איז דא די" :אֱמֶ ת" ,און עס קען טאקע זיין אז זיי זענען גערעכט,
ווייל עס שטייט דאך שוין פון צדיקים ,אז דער אייבערשטער ווייזט דאך
שטענדיג פאר א יעדע צדיק אז זיין וועג איז די אמת'ע וועג.
אבער ועל כולם ..איז דאך אבער דא איין" :אֱמֶ ת" וואס איז" :אֱמֶ ת ַלא ֲִּמתוֹ"
– "אֱמֶ ת ּבְ תוְֹך הָ אֱמֶ ת" ,ווייל די ריכטיגע אמת'ע תכלית פון א מענטש אויף
דער וועלט איז דאך נאר איין זאך ,און דאס איז ,צו זיין דבוק אין דער
הייליגער" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" וואס אין דעם" :תו ַֹרת אֱמֶ ת" ליגט דאך באהאלטן
"מקוֹר הָ אֱמֶ ת".
דער הייליגער" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת" וואס איז דאך דיְ :
און מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע אויך א יעדן שבת קודש אינדערפרי ביי
די ברכות פון די הפטורות ,אז דער אייבערשטער איז דאך דער" :הַ ְמ ַדּבֵ ר
ּומקַ ּיֵם שֶ כָל ְדבָ ָריו אֱמֶ ת וָצֶ ֶדק".
ְ
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קמ"ו
פסוק ו') ,אז" :הַ שֹמֵ ר אֱמֶ ת לְ ע ֹולָם" – אז דער אייבערשטער היט דאך
ֲשּוקים" – און
שטענדיג אפ דעם" :אֱמֶ ת" ,און נאר אזוי" :עֹ שֶ ה ִּמ ְשפָ ט ָלע ִּ
נאר אזוי פירט ער א דורך "משפטים" ,און דוד המלך עליו השלום זאגט
דאך אונז שוין טאקע אויך אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל י"ט פסוק
"מ ְשפְ טֵ י יהו-ה אֱמֶ ת צָ ְדקּו י ְַח ָדו".
י') ,אזִּ :
און וועלכע זאך איז" :אֱמֶ ת" ,און" :וְ יַצִּ יב" – און ריכטיג אוועק געשטעלט,
און" :וְ נָכוֹן" – און א ריכטיגע זאך ,און" :וְ קַ ּיָם" – און א אוועק
כו
אליעזר כי ת בוא נעימות
געשטעלט'ע זאך ,און" :וְ יָשָ ר" – און א גלייכ'ע זאך ,און" :וְ ֶנאֱמָ ן" – און א
באגלייבט'ע זאך ,און" :וְ ָאהּוב" – און א באליבט'ע זאך ,און" :וְ חָ בִּ יב" –
און גאר שטארק באליבט ,און" :וְ נ ְֶחמָ ד" – און גלוסטיג ,און" :וְ נָעִּ ים" –
און זיס ,און" :וְ נו ָֹרא" – און אויך אמאל פארכטיג[ ,ווי למשל ,ווען עס
קומט ָאן דעם הייליגן טאג פון" :רֹאש הַ שָ נָה" וואס דעמאלט'ס איז דאך א
טאג פון" :אֱמֶ ת" ,אדער ווען עס קומט ָאן דעם" :יוֹם הַ ִּדין" לְ ַאחַ ר מֵ ָאה
"ּומתּוקָ ן" – און
וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה] ,און" :וְ אַ ִּדיר" – און עס איז שטארק ,אוןְ :
"ּומקֻ ּבָ ל" – און עס איז א ָאן
עס איז א פאראכטענ'ע מסודר'דיגע זאך ,אוןְ :
גענומענ'ע זאך ,און" :וְ טוֹב" – און עס איז א גוטע זאך ,און" :וְ יָפֶ ה" – און
עס איז א שיינע זאך!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,אז דאס איז דאך" :הַ ָדבָ ר הַ זֶה עָ לֵינּו לְ ע ֹולָם וָעֶ ד" –
דאס איז דאך די זאך וואס ווערט ָאן גערופן" :אֱמֶ ת" ,און די ווארט" :אֱמֶ ת"
פאסט זיך דאך בעצם נאר צו דעם גרויסן הייליגן" :אֱֹלקֵ י ע ֹולָם מַ לְ כֵנּו צּור
ַיעֲקֹ ב" ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע ווייטער דארטן [פאר שמונה
עשרה] ,אז" :אֱמֶ ת ֶואֱמּונָה" גייט דאך צוזאמען ,און דאס איז דאך א" :חֹ ק
וְ ֹלא ַיעֲבוֹר" ,ווייל די ווארט" :אֱמֶ ת" פאסט זיך דאך טאקע בעצם נאר פארן
הייליגן באשעפער ,אזוי ווי עס איז דאך שוין טאקע מבואר אין דעם הייליגן
רמב"ם ביי די סוגיא פון דערמאנען "הגשמה" ביים אייבערשטן[ ,און מיר
וועלן שוין אי"ה שפעטער מער מאריך זיין בנוגע דעם רמב"ם ביי די תורה
פון" :שָ מֹ ר אֶ ת כָל הַ ִּמצְ וָה"].
און די ווארט" :אֱמֶ ת" גייט דאך שטענדיג מיט מיטן הייליגן באשעפער,
ווייל דער אייבערשטער איז דאך די מקור פון" :אֱמֶ ת" ,עד כדי כך ..אז עס
כז
אליעזר כי ת בוא נעימות
שטייט דאך שוין אפילו אין חז"ל (יומא דף :ס"ט ע"ב) ,אז" :חוֹתָ מוֹ" שֶ ל
הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא – אז די זיגל פון דעם הייליגן באשעפער איז דאך אויך די
ווארט" :אֱמֶ ת".
און" :אֱמֶ ת אַ ְשרֵ י אִּ יש" – און וואויל איז פאר א מענטש וואס פירט זיך:
"ּבְ ֶד ֶרְך הָ אֱמֶ ת" ,ווייל נאר אזוי וועט ער קענען זוכה זיין" :שֶ ּיִּ ְשמַ ע לְ ִּמצְ וֹתֶ יָך
וְ תו ָֹרתְ ָך ְּודבָ ְרָך י ִָּשים עַ ל לִּ ּבוֹ" – ווייל נאר אזוי וועט ער קענען זוכה זיין צו
זיין א ערליכע יוד ,ווייל א ערליכע יוד גייט דאך שטענדיג נארּ" :בְ ֶד ֶרְך
הָ אֱמֶ ת" ,און וועגן דעם טאקע ווערט א" :צַ ִּדיק" ָאן גערופן א :צַ ִּדיק "אֱמֶ ת",
און" :מֹ שֶ ה אֱמֶ ת וְ תו ָֹרת ֹו אֱמֶ ת" ,ווייל א" :צַ ִּדיק" פירט זיך דאך שטענדיג:
"ּבְ ֶד ֶרְך הָ אֱמֶ ת" ,און א" :צַ ִּדיק" איז דאך שטענדיג דבוק אין דעם" :יהו-ה
אֱֹלקֵ ינּו אֱמֶ ת".
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"ט פסוק כ"ט),
"ד ֶרְך שֶ קֶ ר הָ סֵ ר ִּממֶ נִּי"
אז הייליגער באשעפער ,איך זאג דיר קלאר ,אז אויבֶ :
– אז אויב נעמסטו אוועק פון מיר דעם שקר'דיגן וועג פון לעבן – אויב
נעמסטו אוועק פון מיר דעם פאלטש'ן וועג פון לעבן ,דעמאלט'ס" :וְ תו ָֹרתְ ָך
חָ ֵננִּי" – דעמאלט'ס וועל איך קענען קונה זיין דיין הייליגער תורה הק' און
דורך דעם ווערן דבוק צו דיר.
אבער אויב נישט ,דעמאלט'ס וועל איך נישט קענען קונה זיין דיין הייליגער
תורה הק' ,ווייל "תורה" מיט" :שֶ קֶ ר" גייט דאך נישט צוזאמען ,און תורה
מיט קרומ'קייט גייט דאך אויך נישט צוזאמען.
כח
אליעזר כי ת בוא נעימות
און דער הייליגער סקולענ'ע רבי זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל פלעגט דאך
שוין טאקע שטענדיג נאך זאגן גאר א טייער ווארט פון זיין הייליגן טאטן
דער הייליגער בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל ,און דאס איז ,אז מיר זאגן
דאך אלע א יעדן טאג ביים דאווענען די ווערטער" :וְ חָ נֵנּו מֵ אִּ תְ ָך חָ כְ מָ ה ּבִּ ינָה
ו ָָדעַ ת" וכו' ,האט דער הייליגער סקולענ'ער רבי געזאגט ,און די ווארט:
"מֵ אִּ תְ ָך" – איז דאך די זעלבע אותיות ווי די ווארט" :א ֲִּמתְ ָך" ,ווייל א יודיש
קינד דארף דאך שטענדיג בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל איהם שטענדיג
פירןּ" :בְ ֶד ֶרְך הָ אֱמֶ ת" ,סיי ברוחניות ,און סיי בגשמיות.
און" :אֱמֶ ת" – און אויב א מענטש פירט זיךּ" :בְ ֶד ֶרְך הָ אֱמֶ ת" ,דעמאלט'ס:
"מ ִּמצְ ַריִּם גְ ַאלְ תָ נּו" – דעמאלט'ס קען ער דורך דעם ווערן אויס געלייזט פון
ִּ
די גרעסטע "טומאה" וואס עס איז נאר פארהאנען אויף דער וועלט.
אוןּ" :בֶ אֱמֶ ת" – און אויב א מענטש גייטּ" :בְ ֶד ֶרְך הָ אֱמֶ ת" ,דעמאלט'ס:
"לְ ע ֹולָם כִּ י טוֹב" – דעמאלט'ס איז איהם שטענדיג גוט ,און מיר זאגן דאך
שוין טאקע אלע ביי תחנון ,אז" :כִּ י אֱמֶ ת עָ ִּשיתָ " – אז דער אייבערשטער
טוט דאך שטענדיג נאר אמת'ע זאכן ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע
ביי קידוש לבנה ,אז" :פוֹעֵ ל אֱמֶ ת שֶ פְ ֻעלָת ֹו אֱמֶ ת" ,אוןַ " :ו ֲאנ ְַחנּו הִּ ְרשָ עְ נּו" –
און מיר זענען די וואס טוען שלעכטע קרומ'ע זאכן.
און א יעדע יודישע מאמע זאגט דאך שוין טאקע אויך בפירוש ביי די תפילה
לאחר הדלקת נרות של שבת קודש ,אז מען קען נאר זוכה זיין צו זיין" :י ְִּראֵ י
ֱֹלקים" ווען מען איזַ" :אנְשֵ י אֱמֶ ת" – אז מען קען נאר זוכה זיין צו זיין:
א ִּ
ֱֹלקים" ווען מען איז א "אמת'ע מענטש" ,און ווען מען איז דבוק "י ְִּראֵ י א ִּ
צום" :אֱמֶ ת" ,און נאר דעמאלט'ס קען מען זוכה זיין צו" :ז ֶַרע קֹ ֶדש" – און
כט
אליעזר כי ת בוא נעימות
נאר דעמאלט'ס קען מען זוכה זיין צו הייליגע קינדער וואס זענעןּ" :בַ יהו-ה
ְדבֵ ִּקים" – וואס זענען דבוק צום אייבערשטן ,און נישט צו די אלע שטותים
"מאִּ ִּירים
וואס די וו עלט פארקויפט ,און נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זייןְ :
אֶ ת הָ ע ֹולָם ּבַ תו ָֹרה ּובְ מַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" – און נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו
זיין א" :צַ ִּדיק אֱמֶ ת".
און דער הייליגער באשעפער האט דאך "פיינט" שקר ,אזוי ווי דוד המלך
עליו השלום זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך אין זיין הייליגן ספר תהלים
(קפיטל קי"ט פסוק קכ"ח) ,אז דער הייליגער באשעפער זאגט ,אז" :כָל אֹ ַרח
שֶ קֶ ר שָ נֵאתִּ י" – אז א יעדע פאלטש'ע וועג האב איך פיינט.
און דוד המלך עליו השלום זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך ווייטער אין זיין
הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"ט פסוק קס"ג) ,אז" :שֶ קֶ ר שָ נֵאתִּ י" – אז איך
האב פיינט שקר ,און נישט סתם פיינט ,נארַ " :ואֲתַ עֵ בָ ה" – נאר איך עקל זיך
גאר שטארק פון דעם ,אבער משא"כ" :תו ָֹרתְ ָך" – אבער משא"כ דיין
הייליגער תורה הק'ָ" :אהָ בְ תִּ י" – האב איך גאר שטארק ליב.
און די אמת איז דאך ,אז א יעדע זאך וואס איז נאר נאנט צום אייבערשטן
ווערט דאך בא'טיטול'ט מיטן טיטול" :אֱמֶ ת" ,אזוי ווי עס איז דאך שוין
טאקע באקאנט פאר א יעדעם איינעם ,אז די הייליגע נביאים ווערן דאך אויך
בא'טיטול'ט מיטן טיטול" :נְבִּ יאֵ י אֱמֶ ת" ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע
אלע בפירוש א יעדן שבת קודש אינדערפרי ביי די ברכות פון די הפטורות,
אז דער אייבערשטער איז דאךּ :בוֹחֵ ר ּבַ תו ָֹרה ּובְ משֶ ה עַ בְ ד ֹו ּובְ י ְִּש ָראֵ ל עַ מ ֹו
"ּובִּ נְבִּ יאֵ י הָ אֱמֶ ת" וָצֶ ֶדק.
ל
אליעזר כי ת בוא נעימות
ווייל ..יא ,א יעדע זאך וואס איז נאר נאנט צום אייבערשטן ווערט
בא'טיטול'ט מיטן טיטול" :אֱמֶ ת" ,און אויב דו וועסט זיך אויך צו קלעבן
צום אייבערשטן ,און דו וועסט זיין דבוק צום אייבערשטן ,דעמאלט'ס
וועסטו אויך ווערן אריין גערעכנט אין דעם" :תִּ תֵ ן אֱמֶ ת לְ ַיעֲקֹ ב" ,און דו
וועסט אפ געריסן ווערן פון דעם שקר ,און עס וועט מקיום ווערן ביי דיר
דעם" :נֵצַ ח י ְִּש ָראֵ ל ֹלא יְשַ קֵ ר".
און געדענק ר' יוד ,אז ..יא ,עס קען נאך געשעהן ביי דיר א נס אזּ" :ופָ ַרח ל ֹו
אִּ יש הָ אֱמֶ ת" – עס קען נאך געשעהן ביי דיר א נס אז עס זאל אויס וואקסן
פון דיר א" :אִּ יש אֱמֶ ת".
"רּבָ ן ִּש ְמעוֹן ּבֶ ן ג ְַמלִּ יאֵ ל" זאגט דאך אונז שוין
און דער הייליגער תנאַ :
טאקע אויך אין די משנה אין אבות( ,פרק א' משנה ב') אז" :עַ ל ְשֹלשָ ה
ְדבָ ִּרים הָ ע ֹולָם עוֹמֵ ד" – אז די וועלט שטייט אויף דריי זאכן ,און די דריי
זאכן זענען :א) עַ ל "הַ ִּדין" ,ב) און" :וְ עַ ל הָ אֱמֶ ת" ,ג) און" :וְ עַ ל הַ שָ לוֹם",
אבער די "בריח התיכון" פון די קיום פון די וועלט איז דאך נאר איין זאך,
און דאס איז" :אֱמֶ ת".
און אויב עס איז" :תִּ תֵ ן אֱמֶ ת לְ ַיעֲקֹ ב" – און אויב פירט מען זיךּ" :בְ ֶד ֶרְך
הָ אֱמֶ ת" ,און מען געבט אריין אביסעל'ע" :אֱמֶ ת" אין דעם יודיש קינד,
דעמאלט'סַ" :אל תִּ ָירא עַ בְ ִּדי ַיעֲקֹ ב" – דעמאלט'ס איז דאך שוין נישט דא
פון וואס מורא צו האבן ,און מען זעהט דאך שוין טאקע קלאר ביי יעקב
אבינו ,אז ווען יעקב אבינו האט ָאן געהויבן צו שפירן אז :קָ ֹטנְתִּ י ִּמכֹל
ּומכָל "הָ אֱמֶ ת" – אז ווען יעקב אבינו האט ָאן געהויבן צו שפירן
הַ חֲסָ ִּדים ִּ
"מ ַדת הָ אֱמֶ ת" [לפי מדרגתו] ,האט ער
ביי זיך אז ער האט פארלוירן זייןִּ :
לא
אליעזר כי ת בוא נעימות
דעמאלט'ס גלייך ָאן געהויבן מורא צו האבן ,און ער האט דעמאלט'ס גלייך
ָאחי ִּמּיַד עֵ שָ ו" – אז
געבעטן דעם הייליגן באשעפער ,אז" :הַ צִּ י ֵלנִּי נָא ִּמּיַד ִּ
איך בעט דיר ראטעווע מיר פון די האנט פון מיין ברודער עשיו ,ווייל" :כִּ י
יָרֵ א ָאנֹ כִּ י אֹ תוֹ" – ווייל איך האב מורא פון איהם ,ווייל איך האב דאך
"מ ַדת הָ אֱמֶ ת" ,אזוי האט על כל פנים יעקב אבינו געשפירט
פארלוירן מייןִּ :
"מ ַדת הָ אֱמֶ ת".
ביי זיך ,אז ער האט פארלוירן זיין הייליגעִּ :
און אויב מיר וועלן אלע גייןּ" :בְ ֶד ֶרְך הָ אֱמֶ ת" ,דעמאלט'ס וועלן מיר
שפעטער קענען בעטן דעם הייליגן באשעפער ,אזֲ " :ע ֵננִּי" – ענטפער אונז:
"ּבֶ אֱמֶ ת" – אין דעם זכות וואס מיר פירן זיךּ" :בְ ֶד ֶרְך הָ אֱמֶ ת" ,און אין דעם
זכות זאלן מיר שוין טאקע אלע בקרוב זוכה זיין צו" :י ְִּשעֶ ָך" – צו דיין הילף
הייליגער גרויסער טאטע אין הימל.
און מיר בעטן טאקע ווייטער דעם הייליגן באשעפער ,אז" :הַ כֶר נָא ְדבַ ר
אֱמֶ ת" – אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו קענען דערקענען אין דעם נידריג'ן
וועלט וועלכע זאך געהערט צו דעם הייליגן" :יהו-ה אֱֹלקֵ ינּו אֱמֶ ת" ,און
"ש ִּמ ַירת תו ַֹרת אֱמֶ ת" ,קען מען צו קומען
וועלכע זאך נישט ,ווייל נאר דורךְ :
"ש ִּמ ַירת תו ַֹרת
צו זיין דבוק אין דעם" :יהו-ה אֱֹלקֵ ינּו אֱמֶ ת" ,און נאר דורךְ :
אֱמֶ ת" ,קען מען שפעטער צו קומען צו האבן א פנים אין דעם" :ע ֹולָם
הָ אֱמֶ ת".
ָארץ"
און ממילא דאס איז פשט אין דעם פסוק פון" :וְ הָ יָה כִּ י תָ בוֹא אֶ ל הָ ֶ
וגו' ,ווייל דער הייליגער באשעפער זאגט דאך דיר דא אזוי ,אז דו זאלסט
ָארץ" – אז עס וועט נאך קומען א טאג
וויסן ר' יוד ,אז" :וְ הָ יָה כִּ י תָ בוֹא אֶ ל הָ ֶ
ָארץ" – צו דער ערד[ ,פשוטו כמשמעו], וואס דו וועסט ָאן קומען" :אֶ ל הָ ֶ
לב
אליעזר כי ת בוא נעימות
ָארץ" – איז דאך
און די ראשי תיבות פון די ווערטער" :וְ הָ יָה כִּ י תָ בוֹא אֶ ל הָ ֶ
טאקע אויך גימטריא" :אוֹתְ ָך" [מיט די פיר אותיות מיטן כולל] ,וואס:
"אֲשֶ ר יהו-ה אֱֹלקֶ יָך נֹ תֵ ן לְ ָך ַנ ֲחלָה וִּ ִּיר ְשתָ ּה" ,און די פסוק זאגט דיר דא
ווייטער אויך ,אז דו זאלסט וויסן ר' יוד ,אז" :וְ יָשַ בְ תָ ּבָ ּה" – אז דו וועסט
זיצן אין איר ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז דארטן
וועסטו בלייבן "בקביעות".
און דאס קומט דאך אויף צו וועקן א מענטש ,אז א מענטש זאל זיך נישט
איין רעדן פאר קיין איין רגע ,אז יא ..איך וועל דאך זיכער קיינמאל נישט
שטארבן ,ווייל איך האב דאך אזוי פיל געלט ,און איך האב דאך אזוי פיל
גרויסע בנינים אין די אלע גרויסע לענדער ארום די וועלט ,און איך בין דאך
אזא חשוב'ע מענטש ,און איך האב דאך טויזנט'ער מענטשן וואס לעקן זיך
צו מיר ,און זיי וועלן דאך אלע זיכער נישט צו לאזן אז מען זאל מיר אריין
לייגן אין דער ערד און באגראבן.
און ממילא ..איך האב זיך דאך זיכער נישט וואס צו זארגן ,ווייל איך בין
דאך די וועלט'ס גביר ,און איך בין דאך איינער פון די חשוב'סטע מענטשן
דא אין שטאט ,און א יעדער איינער שטעלט זיך דאך אויף ווען איך קום
אריין ,דו האסט פארגעסן ווער איך בין !?..איך בין דאך די וועלט'ס גביר.
און בכלל ..די רגע וואס איך וועל ארויף קומען אויף יענע וועלט ,וועלן דאך
אלע אנטלויפן פון מיר ,און א יעדער איינער וועט דאך דעמאלט'ס זיכער
מאכן פלאץ פאר מיר ,ווייל דער גרויסער באוואוסט'ער גביר קומט דאך דא
צו גיין ,נו ..אויב אזוי האב איך דאך זיכער נישט וואס מורא צו האבן ,ווייל
איך בין דאך די שטערקסט'ע פון א יעדעם איינעם ,און איך בין דאך די
לג
אליעזר כי ת בוא נעימות
גרעסטע פון א יעדעם איינעם ,און איך בין דאך די חשוב'סטע פון א יעדעם
איינעם ,און א יעדער איינער וועט דאך מיר זיכער גאר שטארק מכבד זיין
אויבן אין הימל ,און איך וועל דאך זיכער באקומען א פלאץ אין גן עדן לעבן
די הייליגע "אבות ואימהות".
און דער גביר מיינט נאך נעבעך אז אזוי וועט זיין אויבן אין הימל ,ווייל דער
גביר איז דאך נעבעך געווען צו געוואוינט אלע זיינע יארן ,אז ווען ער איז
אריין געקומען אין דעם בית המדרש ,האט זיך דעמאלט'ס א יעדער איינער
אויף געשטעלט פאר איהם ,און ממילא וועגן דעם מיינט ער נאך נעבעך אז
נאך זיין פטירה וועט מען איהם עפעס אריין לייגן אין א שיינעם גאלדענעם
קאסטן ,און מען וועט איהם אוועק לייגן אין א גאלדענעם פאלאץ.
אבער ניין ניין ניין ..דא וועקט דיר די פסוק אויף ,און די פסוק געבט דיר דא
א זאג ,אז ניין ר' גביר ,האב נישט קיין טעות ,און טראכט נישט אז דו וועסט
זיין אנדערש ,ווייל יא ר' יוד ,עס גייט איין טאג געשעהן דעם" :וְ הָ יָה כִּ י
ָארץ" וגו' ,און מען וועט דיר אריין לייגן אין דער ערד פונקט תָ בוֹא אֶ ל הָ ֶ
אזוי ווי א יעדעם איינעם ,און" :וְ יָשַ בְ תָ ּבָ ּה" – און דו וועסט זיצן דארטן
"בקביעות" ,און דיין גאנצע פארמעגן וואס דו פארמאגס'ט וועט דיר
גארנישט קענען העלפן דעמאלט'ס ,קיין איין טראפ וועט דיר דאס נישט
קענען העלפן דעמאלט'ס.
ווייל חז"ל (אבות פרק ו' משנה י') זאגן דאך אונז שוין בפירוש ,אז" :אֵ ין
ָָאדם כְ לּום" – אז קיין שום זאך באגלייט דאך נישט דעם מענטש
ְמלַּוִּ ין ל ֹו ל ָ
"מצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים
נאך זיין פטירה" :אֶ לָא ִּמצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" – נארִּ :
לד
אליעזר כי ת בוא נעימות
טוֹבִּ ים" ,און א מענטש האט דאך גארנישט פון זיינע אלע" :תַ ֲאוַת ע ֹולָם
הַ זֶה" נאך זיין פטירה.
ווייל אפילו ער איז געווען אמאל א "העלד" ,און ער האט געלעבט פאר די
"וועלט" ,און ער האט געהאט אסאך "געלט" ,און ער איז געווען א מענטש
"צו געשטעלט" ,און ער האט געהאט גאר גאר א שיינעם "געצעלט" ,און ער
איז געווען גוט אפ געהיטן פון "קעלט" ,און ער האט שטענדיג
"גע'קוועלט" ,לייגט מען איהם אבער נאך אלץ אריין אין "פעלד" ,און
דעמאלט'ס העלפט דאך איהם שוין נישט בכלל זיין גאנצע "געלט" ,ווייל
ּומצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" ברענגט א מענטש מיט צוזאמען מיט
נאר" :תו ָֹרה ִּ
זיך אויף יענע "וועלט" – אין" :ע ֹולָם הַ ּבָ א".
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אלע אויך ,אז עס שטייט דאך שוין אין חז"ל
(שבת דף :ק"ד ע"א) ,אז" :שֶ קֶ ר אֵ ין ל ֹו ַרגְ ַליִּם" – אז" :שֶ קֶ ר" האט נישט
קיין "קיום" ,און די זעלבע איז דאך אויך בנוגע דעם ענין פון" :הַ בְ לֵי ע ֹולָם
הַ זֶה" וואס ווערט דאך אויך ָאן גערופן" :שֶ קֶ ר" כידוע ,ווייל דאס האט דאך
אויך נישט קיין קיום.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין די ווערטער פון" :שֶ קֶ ר
אֵ ין ל ֹו ַרגְ ַליִּם" ,ווייל די ווערטער" :שֶ קֶ ר אֵ ין לוֹ" – איז דאך ראשי תיבות:
"אֵ שֶ ל" ,און די ווארט" :אֵ שֶ ל" – איז דאך ראשי תיבותֲ " :אכִּ ילָה ְשתִּ יָה
לִּ ינָה" ,ווייל ..יא ,די אלע גשמיות'דיגע זאכן איז דאך" :אֵ ין ל ֹו ַרגְ ַליִּם" – די
אלע גשמיות'דיגע זאכן האט דאך נישט קיין שום קיום.
לה
אליעזר כי ת בוא נעימות
און ווען א מענטש נעמט א מינוט פאר זיך ,און ער מאכט זיך א חשבון ,אז
וואס וועט מיר שפעטער העלפן מיין אלע גאלדענ'ע ביזנעס'ער!?..
וואס !?..איך האב דאך אזוי פיל געזארג'ט אומזיסט ,איך האב דאך אזוי
פיל טייערע צייט געווארפן אין מיסט ,אבער פארוואס !?..פארוואס!?..
פאר מיין געלט !?..געלט קען דען העלפן א מענטש ווען מען לייגט איהם
אריין אין דער ערד" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה"!?..
געלט קען נישט העלפן א מענטש ,נאר פונקט פארקערט ,געלט קען דיר דאך
נאר חרוב מאכן ,ווייל אויב האסטו געהאט געלט בשעת'ן לעבן ,דעמאלט'ס
וועט מען דאך דיר נאר "תובע" זיין אויבן אין הימל פארוואס דו האסט
נישט געגעבן מער "צדקה" ,און מען וועט דיר דעמאלט'ס זאגן ,אז ר' יוד!..
דו ביזט דאך געווען א גרויסע "בעל יכולת" !?..ניין !?..נו אויב אזוי
דעמאלט'ס פארוואס האסטו נישט געגעבן מער "צדקה"!?..
און ממילא "געלט"" !?..געלט" וועט דיר דאך נאר צו לייגן נאך א
"תביעה" אויבן אין הימל ,און מען וועט דיר דעמאלט'ס פרעגן קלאר און
אפן ,אז פארוואס האסטו נישט געגעבן מער "צדקה" !?..דו ביזט דאך
געווען גאר א גרויסע גביר !?..ניין !?..און וואס וועסטו דעמאלט'ס
ענטפער'ן !?..און ממילא עס לוינט זיך נישט צו זיין גאר א גרויסע גביר,
ווייל דאס וועט דאך דיר נאר זיין א גרויסע קאפ וויי אויפן" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת".
אבער על כל פנים ..א מענטש נעמט דאך נישט מיט זיין געלט צוזאמען מיט
זיך" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה" ,ווייל די איינציגסט'ע זאך וואס א מענטש
נעמט מיט צוזאמען מיט זיך" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה" איז דאך נאר:
ּומצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים".
"תו ָֹרה ִּ
לו
אליעזר כי ת בוא נעימות
און וואס נעמט דען א מענטש מיט צוזאמען מיט זיך אין קבר !?..וואס!?..
א מענטש נעמט נאר מיט צוזאמען מיט זיך אין קבר צוויי זאכן ,און די צוויי
זאכן זענען :א) א" :טַ לִּ ית" ,ב) און" :תַ כְ ִּריכִּ ין".
און די ווארט" :תַ כְ ִּריכִּ ין" – איז דאך טאקע אויך גימטריאָ" :אז שָ בַ ת" –
דעמאלט'ס רועט מען זיך שוין גוט גוט אפ פאר אייביג ,און דעמאלט'ס איז
דאך שוין טאקע דא א אמת'ע "שביתה" ,ווייל איינמאל מען האט שוין ָאן
געטוהן די" :תַ כְ ִּריכִּ ין" ,דעמאלט'ס רועט מען זיך דאך שוין אפ פאר אייביג
"ָאדם לְ עָ מָ ל יּולָד".
פון די שווערעָ :
און די ווארט" :תַ כְ ִּריכִּ ין" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :תו ָֹרה ִּמכֶם"
[מיטן כולל] – "תו ָֹרה" פון אייך ,ווייל יא ר' יוד" :תו ָֹרה" פון אייך ..דאס
איז ווערד בשעת ווען מען טוט ָאן א מענטש זיינע" :תַ כְ ִּריכִּ ין" לְ ַאחַ ר מֵ ָאה
וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה ,און עפעס אנדערש נישט.
אבער וואס איז די איינציגסט'ע זאך וואס א מענטש נעמט יא מיט אין קבר
חוץ פון די סארט בגד וואס הייסט" :תַ כְ ִּריכִּ ין" !?..דאס איז דאך א:
"טַ לִּ ית" ,און די ווארט" :טַ לִּ ית" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :תֵ ן" –
געב [מיטן כולל] ,ווייל יא ר' יוד ,נאר דאס ביסעל'ע" :גְ ִּמילּות חֲסָ ִּדים" און
נאר דאס ביסעל'ע" :צְ ָדקָ ה" וואס דו האסט געגעבן בשעת'ן לעבן פאר
יודישע קינדער וועסטו קענען מיט נעמען צוזאמען מיט דיר" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה
וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה" ,דיינע" :מַ עֲשֵ י י ָָדיו" !..דאס וועסטו מיט נעמען מיט דיר:
"לְ ַאחַ ר מֵ ָאה וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה" ,און עפעס אנדערש נישט.
לז
אליעזר כי ת בוא נעימות
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"א
פסוק ז') ,אז" :מַ עֲשֵ י י ָָדיו" – אז די מעשים טובים פון א מענטש ,דאס איז:
"אֱמֶ ת" ,ווייל דאס בלייבט דאך מיט דעם מענטש אפילו" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה
וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה".
און די ווארט" :טַ לִּ ית" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :טוֹב" [במספר
קטן] ,און מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז חז"ל (ברכות דף :ה' ע"א)
זאגן דאך אונז שוין אז" :אֵ ין טוֹב אֶ לָא תו ָֹרה" ,און אין דעם ווארט" :טַ לִּ ית"
ליגט דאך באהאלטן א מורא'דיגע טיפע כוונה ,אז וואס!?..
אז די איינציגסט'ע זאך וואס א מענטש נעמט מיט צוזאמען מיט זיך אויף
ּומצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים
יענע וועלט איז ,דאס" :טַ לִּ ית" – דאס ביסעל'ע" :תו ָֹרה" ִּ
טוֹבִּ ים וואס ער האט זוכה געווען אריין צו כאפן אויף דער וועלט.
"מי נֵר" ,ווייל אויב
און די ווארט" :טַ לִּ ית" – איז דאך טאקע אויך גימטריאִּ :
"מי" – אז ווער איז חשוב אויבן אין הימל !?..איז די וועסטו פרעגן אזִּ :
ָאדם" איז חשוב
תירוץ אויף דעם ,אז" :נֵר" – אז דער" :נֵר יהו-ה נ ְִּשמַ ת ָ
אויבן אין הימל ,און די "נשמה" איז די איינציגסט'ע זאך וואס האט א
"חשיבות" אויבן אין הימל.
און ממילא אויב האסטו געגעבן צו עסן פאר דיין נשמה אביסעל'ע תורה א
"מצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים
יעדן טאג ,און דו האסט איהם ָאן געטוהן מיט שיינעִּ :
טוֹבִּ ים" ,דעמאלט'ס וועט מען מכבד זיין דיין נשמה וועט זי וועט ארויף
קומען אויף יענע וועלט ,אבער אויב האסטו איר געלאזט אויס הונגער'ן
לח
אליעזר כי ת בוא נעימות
אויף דער וועלט ,און דו האסט פארשעמט דיין נשמה אויף דער וועלט ,און
דו האסט איר נישט געגעבן קיין געהעריגע קליידער ָאן צו טוהן וואס דאס
"מצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" ,דעמאלט'ס וועט דאך קיינער נישט וועלן
איזִּ :
קוקען אויף דיר אויבן אין הימל ,און די "בושה" וועט דאך דעמאלט'ס זיין
געוואלדיג גרויס.
און דער הייליגער אור החיים הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע בפירוש אין
פרשת ואתחנן אויף דעם פסוק פון (קפיטל ד' פסוק ל"ט') :וְ י ַָדעְ תָ הַ ּיוֹם
" ַוהֲשֵ בֹתָ אֶ ל לְ בָ בֶ ָך" וגו' ,אז דורך דעם וואס א מענטש געדענקט דעם:
"הַ ּיוֹם" – אז דורך דעם וואס א מענטש געדענקט דעם" :יוֹם הַ ִּמיתָ ה" – דעם
לעצט'ן טאג פון זיין לעבן ,דורך דעם וועט ער קענען זוכה זיין צוַ " :והֲשֵ בֹתָ
אֶ ל לְ בָ בֶ ָך" – דורך דעם וועט ער קענען זוכה זיין "תשובה" צו טוהן בלב
שלם ,ווייל ער וועט דאך שטענדיג געדענקען דעם געדאנק טאקע ,אז איך
בלייב עפעס דא אויף דער וועלט פאר אייביג !?..בכלל נישט ,איך בין דאך
נישט מער ווי אּ" :בָ שָ ר ו ָָדם"!?..
און" :יְמֵ י ְשנוֹתֵ ינּו בָ הֶ ם ִּשבְ עִּ ים שָ נָה" – און א מענטש לעבט דאך נישט מער
ווי "זיבעציג" יאר ,און" :וְ אִּ ם ּבִּ גְ בּורֹת ְשמ ֹונִּים שָ נָה" – און אויב איז ער פון
די שטארקע מענטשן ,דעמאלט'ס לעבט ער "אכציג" יאר ,אבער סוף כל סוף
גייט דאך א יעדער איינער צוריק צום אייבערשטן ,און אויב מען לעבט נישט
אויף אייביג ,דעמאלט'ס דארף איך זיך דאך שוין יעצט ָאן גרייטן ָאן
"מצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" ,ווייל דאס איז דאך די
געפילט'ע זעק מיטִּ :
איינציגסט'ע זאך וואס איך וועל קענען מיט נעמען מיט מיר אין" :ע ֹולָם
הַ ּבָ א".
לט
אליעזר כי ת בוא נעימות
און די אמת איז דאך ,אז געלט לייגט דאך א מענטש אין דער ערד ,ווייל
אויב א מענטש האט צו פיל געלט ,דעמאלט'ס קען ער דאך נאך ח"ו
פארלירן זיין" :אֱמּונָה" אין דעם הייליגן באשעפער ,און ער קען דאך נאך
דעמאלט'ס ח"ו ָאן הייבן צו מיינען אז" :כ ִֹּחי וְ עֹ צֶ ם י ִָּדי עָ שָ ה לִּ י אֶ ת הַ חַ יִּל
הַ זֶה" ,און ער קען דאך נאך שפעטער אראפ ווארפן פון זיך דעם" :עֹ ל
מַ לְ כּות שָ מַ יִּם מֵ רֹב ע ֲִּשירּות".
אזוי ווי די פסוק זאגט דאך אונז שוין טאקע בפירוש אין פרשת האזינו
(קפיטל ל"ב פסוק ט"ו) ,אז" :וַּיִּ ְשמַ ן ְישֻרּון וַּיִּ בְ עָ ט" – אז ווען א יודיש קינד
האט צו פיל גשמיות ,דעמאלט'ס קען ער דאך נאך ח"ו צו קומען בועט צו
זיין אין דעם הייליגן באשעפער ,ווייל ..יא ,ווען א מענטש זעטיגט זיך ָאן
מיט אסאך "גשמיות" ,דעמאלט'ס קען ער דאך נאך ח"ו צו קומען שפעטער
אראפ צו ווארפן פון זיך דעם" :עֹ ל מַ לְ כּות שָ מַ יִּם" ,ווייל דאס פאסירט ווען
א מענטש פארמאגט צו פיל געלט.
"שכַר ִּמצְ וָה ּבְ הַ אי
און וועגן דעם טאקע האט דער אייבערשטער געזאגט אזְ :
עָ לְ מָ א לֵיכָא" – און וועגן דעם טאקע האט דער אייבערשטער געזאגט אז
אויף דער וועלט באקומט מען נישט קיין שכר ,ווייל אויב דער אייבערשטער
"מצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" אויף דער
וואלט ָאן געהויבן צו באצאלן פאר דיִּ :
וועלט ,און דער אייבערשטער וואלט באצאלט פאר א יעדעם איינעם די
"מצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" אויף דער וועלט ,דעמאלט'ס וואלטן
ווערד פון דיִּ :
דאך די יודישע קינדער געווארן אזוי רייך ..אז זיי וואלטן דאס פשוט נישט
געקענט אויס האלטן ,און עס וואלט דאך דעמאלט'ס געווארן ח"ו א:
"וַּיִּ ְשמַ ן ְישֻרּון וַּיִּ בְ עָ ט" – כלל ישראל וואלט דאך דעמאלט'ס ָאן געהויבן צו
מ
אליעזר כי ת בוא נעימות
שטויסן אין דעם אייבערשטן ח"ו ,ווייל דאס פאסירט ווען מען האט צו פיל
געלט.
"שכַר ִּמצְ וָה
און ממילא וועגן דעם האט דער אייבערשטער געזאגט אזְ :
ּבְ הַ אי עָ לְ מָ א לֵיכָא" – אז אויף דער וועלט באקומט מען נישט קיין שכר,
ווייל געלט שטופט דאך נאר אראפ א מענטש צו די נידריג'סטע "שאול
תחתית" [אויב מען האט איבער די מאס ,און מען נוצט דאס נישט ווי עס
דארף צו זיין].
און א מענטש דארף זיך דאך גוט צו גרייטן צו יענעם גרויסן טאג וואס ער
"דין
וועט ארויף קומען אויבן אין הימל און אפ געבן א פונקטליכ'עִּ :
וְ חֶ ְשּבוֹן" אויף אלע זיינע מעשים ,כדי אז ער זאל טאקע האבן מיט זיך ָאן
"מצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" ,ווייל אויב קומט ער ארויף
געפילט'ע זעק מיטִּ :
אויף יענע וועלט מיט ליידיגע הענט ,דעמאלט'ס וועט ער דאך ליידן גאר
גרויסע "בזיונות" פון די אלע צדיקים וואס זיצן דארטן אויבן אין הימל.
ווייל א יעדער איינער פון זיי וועט דאך האבן דאס ביסל תורה וואס ער האט
געהאט געלערנט אויף דער וועלט ,און דורך זיין תורה וואס ער האט געהאט
"מזִּ יו הַ ְשכִּ ינָה".
געלערנט אויף דער וועלט ,וועט ער דאך קענען נהנה זייןִּ :
אבער אויב ער וועט זיך נישט ָאן גרייטן פון פריער אביסעל'ע" :תו ָֹרה
ּומצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" ,דעמאלט'ס וועט ער דאך נישט האבן דאס ביסל
ִּ
תורה וואס מען דארף האבן אויף יענע וועלט כדי צו קענען האבן צו עסן
דארטן.
מא
אליעזר כי ת בוא נעימות
ווייל עס שטייט דאך שוין פון צדיקים ,אז דער הייליגער תורה הק' איז דאך
די "עסן" פון א יודיש קינד אויף יענע וועלט ,און ממילא וועגן דעם מוז מען
דאך דאס זעהן ָאן צו גרייטן פון פריער.
און די זעלבע זאך איז דאך אויך מיט "מצוות" ,ווייל עס שטייט דאך שוין
אויך פון צדיקים ,אז די מצוות וואס א מענטש האט זוכה געווען צו טוהן
אויף דער וועלט זענען דאך זיינע קליידער אויף יענע וועלט ,און די פָ אר
זאכן וועט מען דאך מוזן האבן אויבן אין הימל ,און ממילא וועגן דעם דארף
מען דאך דאס זעהן ָאן צו גרייטן פון פריער – אויף דער וועלט.
און א יעדע קליינע פעולה לטובה וואס א יודיש קינד טוט כדי קונה צו זיין
ּומצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" ..איז די אמת'ע" :אֱמֶ ת" ,און
אביסעל'ע" :תו ָֹרה ִּ
דאס איז די אמת'ע ריכטיגע סחורה וואס עס איז נאר שייך ,ווייל די אמת'ע:
"אֱמֶ ת" איז דאך ,אז" :אֱ ..מֶ ת" – אז" :אֶ הְ יֶה מֵ ת" – אז איין טאג גיי איך
זיין א טויט'ער ,און ממילא וועגן דעם מוז איך זיך דאך שוין יעצט ָאן גרייטן
ּומצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים".
אביסעל'ע" :תו ָֹרה ִּ
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון" :וְ הָ יָה כִּ י
ָארץ" וגו' ,ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטער" :וְ הָ יָה כִּ י תָ בוֹא
תָ בוֹא אֶ ל הָ ֶ
ָארץ" – איז דאך טאקע אויך גימטריאּ" :בְ שֶ קֶ ל" ,ווייל יא ר' יוד ,אויב
אֶ ל הָ ֶ
ליגט מען אין דעם" :שֶ קֶ ל" – אויב ליגט מען אין "געלט" ,דעמאלט'ס:
ָארץ" – ָארץ" – דעמאלט'ס איז" :וְ הָ יָה כִּ י תָ בוֹא אֶ ל הָ ֶ
"וְ הָ יָה כִּ י תָ בוֹא אֶ ל הָ ֶ
דעמאלט'ס באגראבט מען זיך אליין !..ווייל יא ר' יוד ,נאר" :תו ָֹרה ִּמצְ וֹת
ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" קען אויף בויען א מענטש.
מב
אליעזר כי ת בוא נעימות
איי ..וועט אבער א מענטש פרעגן ,אז וואס זאל איך יא טוהן !?..וועלכע ָאן
ווייזונגען קענסטו מיר טאקע געבן הייליגער תורה הק' וואס איך קען יא
טוהן!?..
וועגן דעם זאגט דיר דא די פסוק ווייטער ,אז דו ווייסט וואס דו זאלסט טוהן
ר' יוד !?..איך וועל דיר זאגן וואס דו זאלסט טוהן ,דו זאלסט טוהן אזוי:
אשית" כָל פְ ִּרי הָ א ֲָדמָ ה – דו זאלסט
"וְ לָקַ ְחתָ " – דו זאלסט נעמען" :מֵ רֵ ִּ
אשית"!?..
אשית" ,נו וועלכע זאך ווערט ָאן גערופן" :רֵ ִּ
נעמען פון די" :רֵ ִּ
שטייט דאך שוין אין חז"ל (אבות פרק ו' משנה י"א) ,אז דער הייליגער
אשית" ,אזוי ווי חז"ל (רש"י ריש "תורה" הק' ווערט דאך ָאן גערופן" :רֵ ִּ
פרשת בראשית) זאגן דאך אונז שוין טאקע בפירוש ,אזּ" :בִּ ְשבִּ יל הַ תו ָֹרה
אשית" ,און די פסוק זאגט דיר דא אזוי ,אז נעם אביסל פון דער
שֶ נ ְִּק ָרא רֵ ִּ
הייליגער תורה הק' ,און זיי טועם א חלק פון דער הייליגער תורה הק',
וויפיל דו קענסט ,כדי זיך ָאן צו גרייטן צו דיין אייביג'ן לעבן.
ווייל וואס א מענטש לערנט דא אויף דער וועלט[ ,אפילו ער האט נישט
פארשטאנען] ,וועט דער אייבערשטער (כביכול) לערנען מיט איהם אויף
יענע וועלט ,און ממילא זיי טועם פון דעם" :עֵ ץ חַ ּיִּ ים הִּ יא לַמַ חֲזִּ ִּיקים" ,ווייל
דאס וועסטו מיט נעמען מיט דיר אויבן אין הימל.
אשית" – אבער פון די אנדערע זייט
אבער פון די אנדערע זייט" :וְ לָקַ ְחתָ מֵ רֵ ִּ
אשית"
מוזטו דאך אבער אויך מיט נעמען מיט דיר פון די אנדערע סארט" :רֵ ִּ
וואס רופט זיך" :י ְִּש ָראֵ ל" ,ווייל עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם
אשית ּבִּ ְשבִּ יל י ְִּש ָראֵ ל" – אז
איינעם ,אז חז"ל זאגן דאך אונז שוין ,אזּ" :בְ רֵ ִּ
מג
אליעזר כי ת בוא נעימות
אשית" האט דאך אויך נאך א אפ טייטש ,און דאס איז:
די ווארט" :רֵ ִּ
אשית תְ בּוָאתֹ ה ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין
"ּבִּ ְשבִּ יל י ְִּש ָראֵ ל" שֶ נ ְִּק ָרא רֵ ִּ
אנדערע ווערטער ,אז דו דארפס'ט אריין ברענגען אין דיר א אמת'עַ" :אהֲבַ ת
י ְִּש ָראֵ ל" ,און דו דארפס'ט טאקע באמת ליב האבן א יעדע יודיש קינד אזוי
ווי זיך אליין ,און דו זאלסט ח"ו קיינמאל נישט וויי טוהן קיין שום יודיש
קינד ,נאר דו זאלסט שטענדיג פראבירן צו טוהן" :גְ ִּמילּות חֲסָ ִּדים" מיט
יודישע קינדער.
אבער רש"י הק' לייגט דאך דא גלייך צו נאך א פָ אר ווערטער ,און רש"י הק'
אשית" –
זאגט דאך אונז שוין דא ,אז די פסוק זאגט דיר דא ,אז :וְ לָקַ ְחתָ "מֵ רֵ ִּ
אשית –
אשית" ,אבער :וְ ֹלא "כָל" רֵ ִּ אז דו זאלסט נעמען "אביסל" פון די" :רֵ ִּ
אבער כאפ נישט די גאנצע זאך אויף איין מאל ,ווייל אויב דו וועסט כאפן די
גאנצע זאך אויף איין מאל ,דעמאלט'ס וועט זיך עס דאך זיכער נישט האלטן
ביי דיר.
ווייל זוך נישט צו טאנצן מדריגות ,נאר נעם "אביסל" תורה ,און נאך דעם
נעם איך נאך אביסל ,און נאך דעם נאך אביסל ,מער און מער ,צו ביסל'עך
ווייז ,רואיגערהייט ,ווייל אויב כאפט מען די גאנצע תורה ומצות אין איין
רגע ,דעמאלט'ס האלט זיך עס דאך נישט ,און שפעטער קען מען דאך נאך
פארלירן אפילו דאס וואס מען האט שוין יא קונה געווען.
ווייל חז"ל (ראש השנה דף :ד' ע"ב) זאגן דאך אונז שוין ,אז אויב" :תָ פַ ְשתָ
ְמרּוּבָ ה" – אז אויב האסטו געכאפט אסאך עבודת השם ,דעמאלט'סֹ" :לא
תָ פַ ְשתָ " – דעמאלט'ס האסטו גארנישט געכאפט ,ווייל איבער ציען דעם
שטריק'ל איז דאך נישט קיין חכמה ,און איבער ציען דעם שטריק'ל איז דאך
מד
אליעזר כי ת בוא נעימות
נישט קיין וועג ,ווייל עס וועט זיך דאך זיכער נישט האלטן צו לאנג ,אבער
אויב" :תָ פַ ְשתָ מּועָ ט" – אבער אויב האסטו געכאפט אביסעל'ע עבודת
השם ,דעמאלט'ס" :תָ פַ ְשתָ " – דעמאלט'ס האסטו עפעס געכאפט ,ווייל דאס
איז טאקע די ריכטיגע וועג צו שטייגןּ" :בַ תו ָֹרה ּובַ עֲבו ָֹדה ּובְ י ְִּרַאת יהו-ה
ְטהו ָֹרה" ,אריין צו כאפן אביסעל'ע אויף אמאל ,און דאס וועט זיך שוין יא
האלטן בעזרת השם יתברך ,און דאס וועט דיר נאך אויף הייבן נאך העכער
מעלה מעלה בעזרת השם יתברך.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דיר דא ,אז ווען א יודיש קינד וויל נתעלה
ווערן ,און ער וויל נענטער ווערן צום אייבערשטן ,דעמאלט'ס זאל ער נישט
ארויף גיין אסאך מדריגות אויף איין מאל ,ווייל אויב ער וועט פארלאנגען
פון זיך צו פיל ,דעמאלט'ס וועט ער דאך דאס נישט קענען אויס פירן ,און די
סוף וועט זיין אז ער וועט אלעס אויף געבן ,אפילו זיינע גוטע קבלות וואס
ער האט שוין יא מצליח געווען מקיים צו זיין.
און ממילא וועגן דעם דארף טאקע א מענטש שטענדיג זעהן צו מאכן
קליינע חשוב'ע קבלות אין עבודת השם יתברך ,ווייל דאס וועט איהם טאקע
באמת צו בינדן צום אייבערשטן ,ווייל אויב" :תָ פַ ְשתָ מּועָ ט" – ווייל אויב דו
האסט געכאפט אביסעל'ע עבודת השם ,דעמאלט'ס" :תָ פַ ְשתָ " – דעמאלט'ס
האסטו געכאפט א "קשר" מיטן אייבערשטן.
און ממילא דאס זאגט דיר דא דער הייליגער תורה הק' ,אז :וְ לָקַ ְחתָ
אשית" – אז כאפ אריין אביסעל'ע" :לִּ מּוד הַ תו ָֹרה" א יעדן טאג ,אבער
"מֵ רֵ ִּ
נישט איבער די מאס ,ווייל אויב דו וועסט כאפן צו פיל ,דעמאלט'ס וועסטו
דאך נישט ָאן קומען אין ערגעץ.
מה
אליעזר כי ת בוא נעימות
און דעם געדאנק ווערט דאך שוין טאקע אויך דערמאנט אין כמה וכמה
ספרים הק' ,און נאך דערצו אין פרשת יתרו (קפיטל כ' פסוק כ"ג) ביי דעם
פסוק פון" :וְ ֹלא תַ ֲעלֶה בְ מַ עֲֹלת עַ ל ִּמזְ ּבְ ִּחי" וגו' ,ווייל דארטן זענען דאך די
ספרים הק' גאר שטארק מאריך איבער דעם ענין פון נישט שפרונגען קיין
מדריגות.
ווייל א מענטש דארף דאך וויסן ,אז דו דארפס'ט נאר טוהן וויפיל דו
אשית" – און דאס וועסטו שפעטער מיט קענסט ,און דאס" :וְ לָקַ ְחתָ מֵ רֵ ִּ
נעמען מיט זיך" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה" ,און דאס ביסעל'ע" :תו ָֹרה
ּומצְ וֹת" וואס דו האסט זוכה געווען מקיים צו זיין אויף דער וועלט ,וועסטו ִּ
קענען ארויף ברענגען מיט דיר אויפן" :ע ֹולָם הָ אֱמֶ ת".
איי ..וועסטו אבער פרעגן ,אז וואס איז דען ווערט מיין תורה און מצוות!?..
עס איז דאך נאר אביסל !?..וועגן זאגט דיר דא די פסוק ,אז ניין ר' יוד ,עס
ּומצְ וֹת" ווערט נישט גערעכנט
איז נישט אזוי ,ווייל די ווערד פון" :תו ָֹרה ִּ
לויט וויפיל תורה דו האסט געלערנט ,נאר די וועג ווי אזוי מען רעכנט דאס
איז ,ווי "שווער" עס איז דיר ָאן געקומען דאס צו טוהן.
און די פסוק זאגט דיר דא ווייטער ,אז די חשיבות פון תורה איז ,אז" :אֲשֶ ר
ַארצְ ָך" – דאס אז דו האסט דאס געברענגט צוזאמען מיט דיין
תָ בִּ יא מֵ ְ
שווערע "ארציות" – צוזאמען מיט דיין שווערע גוף ,און צוזאמען מיט אלע
אירע פראבלעמען ,און די מצוות וואס דו האסט שוין ב"ה יא זוכה געווען
מקיים צו זיין ,איז דאך ָאן געקומען מיט גאר אסאך "יגיעה" ,ווייל דו האסט
דאך גע'ארבעט גאר שווער אז דיין שווערע חומר זאל דיר לאזן לערנען
אביסל ,און ענדליך ענדליך ענדליך ..האסטו ארויס געכאפט א שטיקל גמרא
מו
אליעזר כי ת בוא נעימות
דא ,און א שטיקל גמרא דארטן ,און דאס איז דאך טאקע די אמת'ע חשיבות
פון א "מצוה".
די חשיבות פון א "מצוה" איז ,אז צוזאמען מיט דיין שווערע גוף ,און
צוזאמען מיט דיינע אלע שווערע פראבלעמען ,האסטו אבער נאך אלץ זוכה
ּומצְ וֹת ּומַ ע ֲִּשים טוֹבִּ ים" פון די
געווען ארויס צו כאפן אביסעל'ע" :תו ָֹרה ִּ
הענט פון דיין יצר הרע ,און די חשיבות פון א מצוה איז ,אז צוזאמען מיט
דיין שווערע גוף האסטו אבער נאך אלץ זוכה געווען ארויס כאפן
אביסעל'ע" :גְ ִּמילּות חֲסָ ִּדים" מיטַ" :אהֲבַ ת י ְִּש ָראֵ ל" פאר א צווייטע יודיש
קינד.
און דאס איז די זאך וואס מאכט חשוב א מצוה ,ווייל ווי שווער די מצוה
קומט ָאן ,אלץ חשוב'ער איז די מצוה ,און ווי שווער די מניעות זענען
געווען בשעת'ן מקיים זיין די מצוה ,אלץ גרעסער איז די מצוה.
און עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם איינעם די באקאנט'ע מעשה
וואס מען זאגט נאך פון צדיקים ,אז עס איז געווען אמאל א יוד וואס האט
גאר שטארק געוויינט" :רֹאש הַ שָ נָה" ביים דאווענען ,און ער האט געזאגט
דעמאלט'ס פארן אייבערשטן אזוי ,אז באשעפער אין הימל ,איך קען שוין
מער נישט ,נעם מיין עול הפרנסה ,און נעם מיין ווייב מיט מיינע קינדער,
און שפייז זיי ,און געב זיי צו עסן ,און לאז מיר זיצן פיר און צוואנציג שעה
א טאג אין בית המדרש על התורה ועל העבודה ,איך וויל מער נישט דארפן
טראגן אויף מיר דעם שווער'ן עול הפרנסה צוזאמען מיט כל מיני
פראבלעמען ,ווייל איך וויל זיך דאך נאר אפ געבן מיט דיין הייליגער תורה
הק' וואס איז דאך אזוי זיס און הייליג.
מז
אליעזר כי ת בוא נעימות
האבן צדיקים געזאגט ,אז אין הימל האט מען דעמאלט'ס געלאכט פון דעם
יוד ,ווייל דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט אזוי ,אז מלאכים האב
איך דאך שוין גענוג ,און איך דארף דאך נישט אז דו זאלסט מיר זיצן מיט
דיין שיינעם אנצונג אין בית המדרש און לערנען פאר מיר מיין הייליגער
תורה ,ניין ניין ניין ..איך דארף דאס נישט.
נאר איך דארף אינגאנצן א אנדערע זאך פון דיר ,איך דארף פון דיר אז דו
זאלסט ארויס כאפן א יודיש ווארט פאר מיר אינמיטן דיינע פראבלעמען,
און אינמיטן דיינע פראבלעמען זאלסטו ארויס כאפן א בלאט גמרא פאר
ַארצְ ָך" – ווייל א זאך וואס קומט ָאן מיט "יגיעה",
מיר ,ווייל :אֲשֶ ר תָ בִּ יא "מֵ ְ
דאס האט א "חשיבות" ביי מיר!..
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון" :וְ לָקַ ְחתָ
ַארצְ ָך" –
אשית כָל פְ ִּרי הָ א ֲָדמָ ה" וגו' ,ווייל די ווערטערֲ " :אשֶ ר תָ בִּ יא מֵ ְ
מֵ רֵ ִּ
איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות" :אֱמֶ ת" ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין
אנדערע ווערטער ,אז דער הייליגער תורה הק' זאגט דיר דא אזוי ,אז" :אֲשֶ ר
תָ בִּ יא" – אז די סארט סחורה וואס דו וועסט ארויף ברענגען מיט דיר אויף
ַארצְ ָך" –
יענע וועלט" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה" ,וועט זייןֲ " :אשֶ ר תָ בִּ יא מֵ ְ
וועט זיין אמת'ע סחורה ,ווייל די סארט סחורה וואס דו וועסט ארויף
ברענגען מיט דיר אויף יענע וועלט" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה" וועט זיין
אשית" – פון די צוויי ראשית'ן וואס עס איז דא ,וואס
אמת'ע סחורה" :מֵ רֵ ִּ
אשית ּבִּ ְשבִּ יל "הַ תו ָֹרה" – סחורה פון דער
דאס איז דאך :א) פון דיּ :בְ רֵ ִּ
אשית ּבִּ ְשבִּ יל "י ְִּש ָראֵ ל" – סחורה פון:
הייליגער תורה הק' ,ב) פון דיּ :בְ רֵ ִּ
"גְ ִּמילּות חֲסָ ִּדים" אוןַ" :אהֲבַ ת י ְִּש ָראֵ ל" פאר א צווייטע יוד.
מח
אליעזר כי ת בוא נעימות
און די צוויי זאכן וועסטו ארויף ברענגען צוזאמען מיט דיר אויף יענע
וועלט :א) "תו ָֹרה" ,ב) "גְ ִּמילּות חֲסָ ִּדים" ,און די צוויי זאכן גייען דאך בעצם
צוזאמען ,ווייל" :תו ָֹרה" גייט דאך נישט ָאן קיין" :חֶ סֶ ד" ,אזוי ווי עס שטייט
דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין משלי (קפיטל ל"א פסוק כ"ו) ,אז:
"וְ תו ַֹרת חֶ סֶ ד עַ ל לְ ש ֹונָּה" – אז" :תו ָֹרה" מוז דאך גיין צוזאמען מיט" :חֶ סֶ ד".
און חז"ל (סוטה דף :מ"ט ע"ב) זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש ,אז
"מתוְֹך חֶ סֶ ד" ,און דאס
דער הייליגער תורה הק' מוז דאך געלערנט ווערןִּ :
איז דאך טאקע די אמת'ע ריכטיגע תורה וואס דער אייבערשטער פארלאנגט
פון א יעדע יודיש קינד ,א" :תו ָֹרה שֶ ל חֶ סֶ ד".
און מיר זאגן דאך שוין טאקע דריי מאל א טאג ביים דאווענען ביי די ברכה
"שים שָ לוֹם" ,אז" :תו ַֹרת חַ ּיִּ ים" – אז דער הייליגער תורה הק' געבט
פוןִּ :
דיר נאר לעבן ווען עס איז" :וְ ַאהֲבַ ת חֶ סֶ ד" – ווען דו האסט ליב צו טוהן:
"חֶ סֶ ד" מיט יודישע קינדער ,ווייל" :תו ָֹרה" ָאן קיין" :חֶ סֶ ד" איז דאך נישט
די ריכטיגע אופן ווי אזוי" :תו ַֹרת חֶ סֶ ד" דארף געלערנט ווערן.
און עס איז אמת טאקע אז" :תו ַֹרת חַ ּיִּ ים" – עס איז אמת טאקע אז דער
הייליגער תורה הק' איז טאקע אונזער לעבן ,אבער עס דארף דאך אבער
אויך זיין צוזאמען מיט דעם" :וְ ַאהֲבַ ת חֶ סֶ ד" – מען דארף דאך אבער אויך
ליב האבן צו טוהן" :חֶ סֶ ד" מיט יודישע קינדער.
אשית" – דאס וואס דו נעמס'ט פון די צוויי און ממילא" :וְ לָקַ ְחתָ מֵ רֵ ִּ
ראשית'ן[ ,דאס מיינט צו זאגן" :תו ָֹרה" מיט" :גְ ִּמילּות חֲסָ ִּדים"] ,דאס איז:
ַארצְ ָך" – דאס איז אמת'ע סחורה ,ווייל דאס האסטו דאך
" ֲאשֶ ר תָ בִּ יא מֵ ְ
מט
אליעזר כי ת בוא נעימות
ארויס געכאפט פארן אייבערשטן אינמיטן דיינע שווערע פראבלעמען ,און
א מצוה וואס קומט ארום געוויקל'ט מיט א שווערע גוף ,האט דאך אסאך א
גרעסער'ע חשיבות ביים אייבערשטן ווי א מצוה וואס קומט ָאן קיין שום
"יגיעה".
ַארצְ ָך" – אבער פון דיין
זאגט דיר אבער די פסוק דא ווייטער ,אז אבער" :מֵ ְ
עצם "ארציות" – פון דיין געלט ,און פון דיינע הייזער ,און פון דיינע גאלד
און זילבער ..בלייבט דאך גארנישט איבער ,ווייל נאר" :אֲשֶ ר יהו-ה אֱֹלקֶ יָך
נֹ תֵ ן לְָך" – ווייל נאר דער הייליגער "תורה" הק' וואס איז געגעבן געווארן
פאר דיר "בנתינה" [אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע ביי די ברכות
התורה ,אז :אֲשֶ ר "נָתַ ן" לָנּו תו ַֹרת אֱמֶ ת] ..נאר דאס" :וְ שַ ְמתָ בַ טֶ נֶא" – נאר
דאס וועסטו קענען אריין לייגן אין א "כלי" און ארויף ברענגען מיט דיר
אויף יענע וועלט" :לְ ַאחַ ר מֵ ָאה וְ עֶ ְש ִּרים שָ נָה".
און" :וְ הָ לַכְ תָ אֶ ל הַ מָ קוֹם אֲשֶ ר יִּבְ חַ ר יהו-ה אֱֹלקֶ יָך" – און מיט דעם וועסטו
קענען אריין גיין" :אֶ ל הַ מָ קוֹם אֲשֶ ר יִּבְ חַ ר יהו-ה אֱֹלקֶ יָך לְ שַ כֵן ְשמ ֹו שָ ם" –
און מיט דעם וועסטו קענען אריין גיין אין "גן עדן" וואס דארטן איז דאך
דא" :הַ ְש ָרַאת הַ ְשכִּ ינָה" אויפן העכסט'ן מדריגה.
אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע בייּ" :בִּ ְרכַת הַ מָ זוֹן" א יעדן יום טוב,
אז :הָ ַרחֲמָ ן הּוא ַינ ְִּחילֵנּו לְ יוֹם שֶ כֻל ֹו טוֹב לְ יוֹם שֶ כֻל ֹו ָארּוְך לְ יוֹם שֶ צַ ִּד ִּיקים
יו ְֹשבִּ ין וְ עַ ְטרוֹתֵ יהֶ ם ּבְ ָראשֵ יהֶ ם "וְ ֶנ ֱהנִּין ִּמזִּ יו הַ ְשכִּ ינָה" ,ווייל אין "גן עדן" איז
דאך טאקע די אמת'ע מקום פון" :הַ ְש ָרַאת הַ ְשכִּ ינָה ּבִּ תְ ִּמידּות".
נ
אליעזר כי ת בוא נעימות
אבער על כל פנים ..דאס דארף א מענטש וויסן ,א מענטש דארף וויסן ,אז
אויף יענע וועלט ברענגט מען נאר ארויף אמת'ע סחורה וואס איז צוזאם
אשית ּבִּ ְשבִּ יל
געשטעלט פון איינער פון די צוויי ראשית'ן ,אדער פון" :רֵ ִּ
אשית
הַ תו ָֹרה" ,וואס דאס איז דאך" :לִּ מּוד הַ תו ָֹרה" ,און אדער פון" :רֵ ִּ
ּבִּ ְשבִּ יל י ְִּש ָראֵ ל" ,וואס דאס איז דאך טאקעּ :בִּ ְמֹלא מּובַ ן הַ ִּמלָה "ּבִּ ְשבִּ יל
י ְִּש ָראֵ ל" – א טובה צו טוהן פאר א צווייטע יוד.
און דאס איז דאך טאקע די אמת'ע ריכטיגע סחורה וואס עס איז נאר
פארהאנען אויף דער וועלט ,און מיט דעם" :וְ הָ לַכְ תָ אֶ ל הַ מָ קוֹם" – און מיט
דעם וועסטו גיין צו דעם פלאץ [אין גן עדן]" :אֲשֶ ר יִּבְ חַ ר יהו-ה אֱֹלקֶ יָך
לְ שַ כֵן ְשמ ֹו שָ ם" – וואס דער אייבערשטער האט אויס געוועלט פאר די
צדיקים וואס זענען דארטן שטענדיגֶ " :נ ֱהנֶה ִּמזִּ יו הַ ְשכִּ ינָה":
אֲ ַר ִּמי אֹבֵ ד ָא ִּבי
ית ְו ָאמַ ְר ּ ָת לִ ְפנֵי יהו-ה אל ֶֹׁק ָ
יך אֲ ַר ּ ִמי אֹבֵ ד ָא ִבי וַ ֵ ּי ֶׁרד ִמ ְצ ַריְ ָמה ְו ָענִ ָ
וגו' :רש"י הק' זאגט אונז דא ,אז" :לָבָ ן ּבִּ קֵ ש ַלעֲקוֹר אֶ ת הַ כֹל" וכו' ,און דא
ליגט דאך בעצם מרומז נאך א זאך ,ווייל רש"י הק' זאגט דאך אונז דא ,אז:
"לָבָ ן ּבִּ קֵ ש" – אז לבן הארמי האט געוואלטַ " :לעֲקוֹר אֶ ת הַ כֹל" – אויס רייסן
אלעס ,און די ווערטערַ " :לעֲקוֹר אֶ ת הַ כֹל" – איז דאך ראשי תיבות" :לֵָאה",
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער אזוי ,אז די כוונה פון לבן
הארמי איז דאך געווען אסאך אסאך מער ווי מען מיינט ,ווייל לבן הארמי
האט דאך בעצם געוואלט געבן פאר יעקב אבינו זיין טאכטער" :לֵָאה"
"רחֵ ל".
אנשטאדטָ :
נא
אליעזר כי ת בוא נעימות
און טראץ דעם וואס יעקב אבינו האט זיך קלאר אויס גענומען מיט איהם
פאר די זיבן יאר אז :אֶ עֱבָ ְדָך שֶ בַ ע שָ נִּים "ּבְ ָרחֵ ל ּבִּ תְ ָך הַ ְקטַ נָה" ,אפילו אזוי
האט איהם אבער לבן הארמי נאך אלץ אויס געפאפט ,און ער האט איהם
"רחֵ ל".
געגעבן" :לֵָאה" אנשטאטָ :
און אין די ווערטער" :לָבָ ן ּבִּ קֵ ש ַלעֲקוֹר אֶ ת הַ כֹל" ליגט דאך גאר גאר א טיפע
כוונה ,און דאס איז ,אז לבן הארמי האט געוואלט פשוטַ " :לעֲקוֹר אֶ ת הַ כֹל"
– אויס רייסן אלעס דורך דעם וואס ער וועט געבן פאר יעקב אבינו זיין
"רחֵ ל".
טאכטער" :לֵָאה" אנשטאדטָ :
אבער לאמיר טאקע פארשטיין ,ווייל וואס הייסט אז לבן הארמי האט
געוואלטַ " :לעֲקוֹר אֶ ת הַ כֹל" דורך דעם וואס יעקב אבינו וועט חתונה האבן
"רחֵ ל"!?..
מיט" :לֵָאה" אנשטאדט מיטָ :
נאר די תירוץ אויף דעם איז דאך שוין זייער פשוט ,ווייל לבן הארמי האט
דאך בעצם לכתחילה געוואלט אז יעקב אבינו זאל "נאר" חתונה האבן מיט
"לאה" ,און מיט דעם האט דאך לבן הארמי געוואלט בכח אוועק רייסן די
הייליגע מאמע "רחל אמינו" פון אונזער הייליגע זיידע "יעקב אבינו" ,ווייל
אויב רחל וועט נישט חתונה האבן מיט די יונגער'ע ברודער יעקב ,וועט זי
דאך מוזן חתונה האבן מיט די עלטערע ברודער עשיו ,אזוי ווי עס איז דאך
שוין טאקע קלאר מבואר אין חז"ל.
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם ,אז ..יא :לָבָ ן ּבִּ קֵ ש " ַלעֲקוֹר אֶ ת הַ כֹל" –
לבן הארמי האט פשוט געוואלט אויס רייסן אלעס דורך דעם וואס יעקב
אבינו וועט חתונה האבן מיט "לאה" און נישט מיט "רחל" ,ווייל דורך דעם
נב
אליעזר כי ת בוא נעימות
וואס לבן הארמי האט געוואלט אז יעקב אבינו זאל "נאר" חתונה האבן מיט
"לאה" ,האט ער דאך געוואלט דורך דעם אויס רייסן די גאנצע יסוד פון כלל
ישראל ,און די עקירה איז דאך געווען גאר אסאך זאכן.
א) ווייל קודם כל ..האט ער דאך געוואלט אויס רייסן מיט דעם "בנימין"
וואס איז דאך געווען א זוהן פון "רחל אמינו" ,און מיר ווייסן דאך שוין אלע
אויך זייער גוט ,אז די הייליגע "בית המקדש" איז דאך געבויעט געווארן:
"ּבְ חֶ לְ ק ֹו שֶ ל ּבִּ ְני ִָּמין" וואס איז דאך געווען א זוהן פון "רחל אמינו".
ב) און אזוי אויך האט ער דאך אויך געוואלט אויס רייסן מיט דעם דער
הייליגער צדיק "יוסף הצדיק" וואס איז דאך אויך געווען א זוהן פון "רחל
אמינו".
און אזא זאך איז דאך שוין גאר גאר געפערליך ,ווייל מיר ווייסן דאך שוין
אלע זייער גוט ,אז עס ווערט דאך שוין געברענגט אין די ספרים הק' ,אז נאר
אין דעם זכות פון דעם הייליגן צדיק "יוסף הצדיק" [וואס האט זיך
געהאלטן ערליך אין מצרים] האלטן זיך די יודישע קינדער היינטיגע צייטן
אין דעם שווער'ן פינסטער'ן גלות ,און אויס רייסן" :צִּ ְדקַ ת שֶ ל יוֹסֵ ף" פון די
וועלט איז דאך שוין א עוולה אנטקעגן גאנץ כלל ישראל!..
ג) און ועל כולם ..האט דאך לבן הארמי געוואלט אויס רייסן מיט דעם "רחל
אמינו" אליין פון קענען זיין די געטרייע מאמע פון גאנץ כלל ישראל וואס
אויף איר שטייט דאך די גאנצע" :גְ אּולָה ְשלֵמָ ה" כידוע ,אזוי ווי עס שטייט
דאך שוין טאקע בפירוש אין חז"ל (מדרש רבה איכה פתיחתא סימן כ"ד),
אז דער אייבערשטער האט דאך שוין געזאגט פאר רחל אמינו ,אז אין די
נג
אליעזר כי ת בוא נעימות
זכות פון דיינע הייסע טרערן וועט דאך זיין" :וְ שָ בּו בָ נִּים לִּ גְ בּולָם" ,און די:
"גְ אּולָה ְשלֵמָ ה" וועט דאך טאקע נאר קומען אין דעם זכות פון מאמע רחל'ס
הייסע טרערן ,און ווער זאגט אזוי !?..דאס איז" :נְאּום יהו-ה" – אזוי זאגט
דער "הייליגער באשעפער" אליין.
און ממילא עס איז דען א קלייניקייט !?..עס איז דען א קלייניקייט וואס לבן
הארמי האט דא געוואלט אויס רייסן !?..די גרעסטע יסודות פון יודיש'קייט
האט ער דאך געוואלט אויס רייסן דא!?..
א) די הייליגע "בית המקדש" ,וואס איז דאך געווען די גרעסטע פלאץ פון:
"הַ ְש ָרַאת הַ ְשכִּ ינָה" אויף די גאנצע וועלט.
ב) "יוסף הצדיק" צוזאמען מיט די גרויסע" :כֹחַ הַ ְקדּושָ ה" פון גאנץ כלל
ישראל ,און ער האט געוואלט מיט דעם אונטער ברעכן גאנץ כלל ישראל:
"ּבְ ַאח ֲִּרית הַ ּי ִָּמים" רח"ל[ ,און מיר ווייסן דאך שוין אלע היינט גאנץ גוט
וואס דאס וואלט ח"ו געקענט מיינען רח"ל].
ג) אונזער הייליגער מאמע "רחל אמינו" וואס שטייט דאך שטענדיג און
וויינט ביים הייליגןּ" :בוֹרֵ א כָל ע ֹול ִָּמים" אויף אונזער" :גְ אּולָה הָ עֲתִּ ָידה",
און אין איר זכות וועט דאך טאקע זיין" :וְ שָ בּו בָ נִּים לִּ גְ בּולָם" ,און די:
"גְ אּולָה ְשלֵמָ ה" וועט דאך טאקע נאר קומען אין די זכות פון מאמע רחל'ס
הייסע טרערן.
און די אמת איז דאך ,אז יעקב אבינו האט דאך שוין געזעהן ברוח קדשו אז
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" ,און ָאן "רחל
ער דארף אויף שטעלן "צוועלעף" הייליגעִּ :
נד
אליעזר כי ת בוא נעימות
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" ,און דאס
אמינו" וואלט דאך געפעלט צוויי גרויסע הייליגעִּ :
איז דאך" ,יוסף" און "בנימין".
און בכלל ..די גאנצע תורה שבכתב און תורה שבעל פה האט דאך געדארפט
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" ,און נאך מער פון דעם
געגעבן ווערן פאר "צוועלעף" הייליגעִּ :
ווערט דאך שוין געברענגט אין די ספרים הק' ,ווייל עס ווערט דאך שוין
געברענגט אין די ספרים הק' ,אז די גאנצע "תורה שבעל פה" וואס איז
געגעבן געווארן "בעל פה" ביי דעם בארג סיני ,האט דאך שפעטער
געדארפט צו טייל'ט ווערן אויף "צוועלעף" חלקים ,און עס איז דאך שוין
קלאר געווען אפ געשריבן אויבן אין הימל ,אז אלע תנאים און אמוראים און
אלע יודישע קינדער ביז דעם היינטיג'ן טאג וועלן אלע לערנען דער
הייליגער "תורה שבעל פה" צו טייל'ט אין שבטים.
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז עס איז דאך שוין
געווען באשערט פונקטליך פון פריער ,אז דער און דער יוד וועט דאס און
דאס מחדש זיין אין דער הייליגער תורה הק' ,און עס איז דאך שוין אויך
געווען באשערט פונקטליך פון פריער ,אז דער און דער יוד וואס וועט דאס
און דאס מחדש זיין וועט קומען פון דער און דער שבט.
און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך בפירוש אין חז"ל (מדרש רבה ויקרא
פרשה כ"ב סימן א') ,אז" :כָל מָ ה שֶ תַ לְ ִּמיד וָתִּ יק עָ תִּ יד לְ חַ ֵדש" איז דאך שוין
בעצם געגעבן געווארן אויפן בארג סיני צו משה רבינו ,נאר פון הימל האט
מען איהם יעצט געגעבן די "כח" און די "מעגליכ'קייט" ארויס צו ברענגען
דעם און דעם חידוש און מחדש זיין דעם חידוש.
נה
אליעזר כי ת בוא נעימות
און וועגן דעם ווערט דאס טאקע ָאן גערופן א "חידוש" – א באנייט'ע זאך,
און נישט קיין נייע יסוד אין יודיש'קייט ,ווייל ..יא ,פון הימל האט מען
איהם געגעבן יעצט די כח און די מעגליכ'קייט צו "באנייען" דער און דער
חידוש וואס משה רבינו האט שוין מקבל געווען פון דעם הייליגן באשעפער
אויפן בארג סיני ,און מען האט יעצט אויס גערופן פון הימל ,אז דער און
דער יוד וואס הייסט אזוי און אזוי וואס קומט פון דער און דער שבט וועט
דאס און דאס מחדש זיין אין די און די מינוט פון דעם טאג.
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם ,אז די אלע הונדערט'ער טויזנט'ער
ספרים וואס עס איז דא היינטיגע צייטן וואס זענען מפרש דעם ש"ס וואס
איז דאך "תורה שבעל פה" ,האט זיך דאך געדארפט פירן" :עַ ל ֶד ֶרְך ּבְ נֵי
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" – און דוקא דורך
ַיעֲקֹ ב" ,און דוקא דורך "צוועלעף" הייליגעִּ :
"צוועלעף" צו טיילט'ע שבטים.
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קכ"ב
"שבְ טֵ י ָיּ-ה עֵ דּות לְ י ְִּש ָראֵ ל" – אז דער הייליגער" :עֵ דּות
פסוק ד') ,אזִּ :
לְ י ְִּש ָראֵ ל" – אז דער הייליגער "תורה" הק' וואס ווערט ָאן גערופן" :עֵ דּות"
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" ,ווייל דאס
וועט דאך מוזן געלערנט ווערן אויף א אופן פוןִּ :
"רצוֹן הַ שֵ ם יִּתְ ּבָ ַרְך" ,אז דער הייליגער "תורה" הק' זאל
איז דאך געווען דיָ :
געלערנט ווערןּ" :בַ ֲחל ִָּקים" – צו טיילט'ערהייט ,און דאס אלעס האט "לבן
הארמי" געוואלט אויס רייסן דורך דעם וואס ער האט נאר געוואלט געבן
"לאה" פאר יעקב אבינו ,און נישט די הייליגע מאמע "רחל אמינו".
נו
אליעזר כי ת בוא נעימות
און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך אין פסוק אין פרשת ויצא א מורא'דיגע
רמז צו דעם ענין דא ,ווייל עס שטייט דאך שוין אין פסוק אין פרשת ויצא
(קפיטל כ"ט פסוק ל') ,אזַ " :ו ָּיבֹא גַם אֶ ל ָרחֵ ל" – אז יעקב אבינו האט טאקע
אויך סוף כל סוף חתונה געהאט מיט "רחל" אמינו ,אוןַ " :ו ֶּיאֱהַ ב" – און
יעקב האט געהאט א ליבשאפט.
אבער וואס איז געווען די ליבשאפט פון יעקב אבינו !?..עס שטייט נישט
אין פסוק דארטן אז יעקב אבינו האט ליב געהאט "רחל" ,ניין ניין ניין ,נאר
עס שטייט דארטן אין פסוק א מורא'דיגע אינטרעסאנט'ע לשון ,עס שטייט
דארטן אין פסוק ,אזַ " :ו ֶּיאֱהַ ב" – אז יעקב אבינו האט ליב געהאט" :גַם אֶ ת
ָרחֵ ל ִּמלֵָאה" – ער האט אויך ליב געהאט רחל מער פון לאה ,אבער פארוואס
שטייט דארטן אזא אינטרעסאנט'ע לשון!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,ווייל עס ליגט דאך אין דעם גאר גאר א גרויסע
סוד ,ווייל די ווערטערַ " :גם אֶ ת ָרחֵ ל ִּמלֵָאה" – איז דאך ראשי תיבות:
"גְ מָ ָרא" – תורה שבעל "פה" ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע
ווערטער אזוי ,אזַ :ו ֶּיאֱהַ ב " ַגם אֶ ת ָרחֵ ל ִּמלֵָאה" – אז יעקב אבינו האט דאך
געהאט גאר גאר א שטארקע" :חֶ ְשקַ ת הַ תו ָֹרה" ,און ממילא נאר ווען ער
האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט "רחל" אמינו ,האט ער זיך גאר
שטארק געפריידט ,און דו ווייסט פארוואס ער האט זיך נאר געפריידט ווען
ער האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט "רחל" אמינו!?..
די סיבה פון דעם איז דאך געווען זייער פשוט ,ווייל יעקב אבינו האט דאך
געטראכט צו זיך ,אז יעצט וועט דאך די הייליגע "תורה שבכתב" און די
הייליגע "תורה שבעל פה" געגעבן ווערן פאר א שלימות פון כלל ישראל –
נז
אליעזר כי ת בוא נעימות
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" ,און נישט פאר "צעהן"
פאר גאנצע "צוועלעף" הייליגעִּ :
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" ,און ממילאַ " :ו ֶּיאֱהַ ב" – און ממילא יעקב אבינו האט
הייליגעִּ :
ליב געהאט די מציאות און ער האט זיך גאר שטארק געפריידט ,אזַ " :גם אֶ ת
ָרחֵ ל ִּמלֵָאה" – אז דער הייליגער" :גְ מָ ָרא" וועט זיין בשלימות ,און אז עס
וועט טאקע געגעבן ווערן פאר כלל ישראל צו טיילט'ערהייט ,אזוי ווי די:
"רצוֹן הַ שֵ ם יִּתְ ּבָ ַרְך" איז דאך טאקע לכתחילה געווען.
ָ
"ש ְמחָ ה" איז געווען ,אויף די הייליגע "תורה שבעל פה",
און זיין עיקרִּ :
ווייל יעצט וועלן זיך דאך טויזנט'ער טויזנט'ער מפרשי הש"ס קענען פלאגן
אויף די הייליגע "תורה שבעל פה" – אויף די הייליגע ווערטער פון די
"רצוֹן הַ שֵ ם
הייליגע גמרא ,און אויב מען האט זוכה געווען צו ערפילן דעםָ :
יִּתְ ּבָ ַרְך" אז דער הייליגער תורה הק' זאל טאקע געלערנט ווערן בחלקים,
דארף מען זיך נישט פרייען לכבוד דעם !?..זיכער דארף מען זיך פרייען
פאר אזא זאך.
און ממילא וועגן דעםַ :ו ֶּיאֱהַ ב " ַגם אֶ ת ָרחֵ ל ִּמלֵָאה" – און ממילא וועגן דעם
האט יעקב אבינו ליב געהאט דאס אז ער האט חתונה געהאט מיט "רחל"
אמינו ,ווייל יעצט וועט דאך די הייליגע "תורה שבעל פה" קענען געגעבן
"רצוֹן הַ שֵ ם
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" אזוי ווי דיָ :
ווערן פאר גאנצע "צוועלעף" הייליגעִּ :
יִּתְ ּבָ ַרְך" איז דאך טאקע לכתחילה געווען.
און דאס וועט דאך זיין א זאך וואס וועט רייניגן און היטן כלל ישראל:
"לְ עוֹלְ מֵ י עַ ד ּולְ נֵצַ ח נְצָ ִּחים" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע אין ספרים
הק' ,אז די ווארט" :גְ מָ ָרא" – איז דאך טאקע ראשי תיבותַ " :גבְ ִּריאֵ ל ִּמיכָאֵ ל
ְרפָ אֵ ל א ו ִֹּריאֵ ל" ,און דאס זענען דאך די נעהמען פון די הייליגע מלאכים
נח
אליעזר כי ת בוא נעימות
וואס היטן אפ א יודיש קינד בשעת ווען ער לערנט די הייליגע" :גְ מָ ָרא" –
און דאס זענען דאך די נעהמען פון די הייליגע מלאכים וואס היטן אפ א
יודיש קינד בשעת ווען ער לערנט די הייליגע "תורה שבעל פה" ,און דאס
איז דאך די שמירה פון גאנץ כלל ישראל ,ווייל ווען א יודיש קינד לערנט די
הייליגע" :גְ מָ ָרא" ,באקומט ער דאך דעמאלט'ס דורך דעם א מורא'דיגע:
"ש ִּמ ָירה עֶ לְ י ֹונָה".
ְ
און לאמיר טאקע דא צו ענדיגן די סוף פון דעם גאנצן ענין דא ,ווייל רש"י
הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע דא אויף דעם פסוק פון" :א ֲַר ִּמי אֹ בֵ ד ָאבִּ י"
וגו' ,אז וויבאלד לבן הארמי האט געוואלט אויס רייסן די יסודות היהדות
פון כלל ישראל ,רעכנט דאס די פסוק כאילו :א ֲַר ִּמי "אֹ בֵ ד" ָאבִּ י – רעכנט
דאס די פסוק כאילו לבן הארמי האט "טאקע" געמאכט פארלירן יעקב
אבינו.
וויילּ" :בִּ ְשבִּ יל שֶ חָ שַ ב ַלעֲשוֹת" – ווייל וויבאלד לבן הארמי האט
"געוואלט" מאכן פארלירן יעקב אבינו ,און וויבאלד ער האט "געוואלט"
אונטער ברענגען גאנץ כלל ישראל ,און וויבאלד ער האט געוואלט אונטער
ברענגען די "עתיד" פון כלל ישראל ,ממילא וועגן דעם" :חָ שַ ב ל ֹו הַ מָ קוֹם
כְ אִּ לּו עָ שָ ה" – ממילא וועגן דעם רעכנט דאס שוין דער אייבערשטער כאילו
ער האט דאס שוין טאקע באמת אויס געפירט למעשה.
איי ..וועט איינער אבער פרעגן ,אז פארוואס רעכנט דאס שוין דער
אייבערשטער כאילו לבן הארמי האט טאקע באמת געמאכט פארלירן יעקב
אבינו !?..זיין פְ לַאן איז דאך סוף כל סוף אינגאנצן צו שטערט געווארן!?..
נט
אליעזר כי ת בוא נעימות
און ממילא פארוואס שטייט דא אין פסוק דעם לשון אז :א ֲַר ִּמי "אֹ בֵ ד"
ָאבִּ י!?..
ענטפערט אונז אויף דעם רש"י הק' א מורא'דיגע תירוץ ,און רש"י הק' זאגט
אונז דא ,אז די סיבה פארוואס דער אייבערשטער רעכנט דאס כאילו לבן
הארמי האט טאקע באמת געמאכט פארלירן יעקב אבינו איז ,ווייל:
"שֶ אֻמוֹת הָ ע ֹולָם עוֹבְ ֵדי עֲבו ָֹדה ז ָָרה חוֹשֵ ב לָהֶ ם הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא מַ חֲשָ בָ ה
כְ מַ עֲשֶ ה" – ווייל ביי די אומות העולם רעכנט דאך דער אייבערשטער זייער
שלעכטע מחשבה אזוי ווי זיי האבן טאקע למעשה אויס געפירט זייער
רשעות.
אבער משא"כ ביי א יודיש קינד ,רעכנט דער אייבערשטער א "גוטע"
מחשבה אזוי ווי ער האט דאס טאקע באמת אויס געפירט למעשה ,אזוי ווי
עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין חז"ל (קידושין דף :מ' ע"א) ,אז:
"מַ חֲשָ בָ ה טוֹבָ ה" – אז אויב האסטו געהאט א גוטע מחשבה און דו האסט
"געוואלט" טוהן א גוטע זאך ,דעמאלט'ס" :הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא ְמצַ ְרפָ ּה
לְ מַ עֲשֶ ה" – רעכנט דאס דעמאלט'ס דער אייבערשטער כאילו דו האסט דאס
טאקע באמת אויס געפירט למעשה ,און דו וועסט אי"ה באקומען גאר גאר
א גרויסע שכר אויף דיין גוטע מחשבה" :לֶעָ תִּ יד לָבוֹא":
וַ י ֵֶרד ִּמ ְצ ַריְ ָמה וַ יָגָ ר ָשם ִּב ְמ ֵתי ְמ ָעט
וַ ֵ ּי ֶׁרד ִמ ְצ ַריְ ָמה וַ ָ ּיגָ ר ָשם ִּב ְמ ֵתי ְמ ָעט וגו' :עס איז דאך שוין באקאנט
פאר א יעדעם איינעם ,אז די יודישע קינדער זענען דאך נאר געווען אין דעם
לאנד מצרים "צוויי הונדערט און צעהן יאר" ,און בעצם וואלטן דאך די
ס
אליעזר כי ת בוא נעימות
יודישע קינדער געדארפט זיין אין דעם לאנד מצרים "פיר הונדערט און
דרייסיג יאר" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין
פרשת בא (קפיטל י"ב פסוק מ') ,אזּ" :ומוֹשַ ב ּבְ נֵי י ְִּש ָראֵ ל אֲשֶ ר י ְָשבּו
ּבְ ִּמצְ ָריִּם" – אז אלע "יארן" פון דעם" :גָלּות ִּמצְ ַריִּם" זענען ָאן געקומען צו
ַארּבַ ע מֵ אוֹת שָ נָה" – פון פיר הונדערט און
ֹלשים שָ נָה וְ ְ
"ש ִּ
דעם חשבון פוןְ :
דרייסיג יאר ,אבער די יודישע קינדער "אליין" זענען דאך בעצם נאר געווען
אין דעם לאנד מצרים "צוויי הונדערט און צעהן יאר".
און דו ווייסט פארוואס !?..ווייל דער אייבערשטער האט געטוהן א" :חֶ סֶ ד"
מיט כלל ישראל און ער האט ָאן געהויבן צו רעכענען די יארן פון" :גָלּות
ִּמצְ ַריִּם" פון ווען אברהם אבינו איז אראפ געקומען די ערשטע מאל קיין
מצרים ,אזוי ווי עס ווערט דאך שוין טאקע קלאר מבואר אין חז"ל ,אז דער
אייבערשטער האט געטוהן א" :חֶ סֶ ד" מיט די יודישע קינדער און ער האט
ָאן געהויבן צו רעכענען די יארן פון" :גָלּות ִּמצְ ַריִּם" פון ווען אברהם אבינו
איז אראפ געקומען די ערשטע מאל קיין מצרים.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פוןַ " :וּי ֵֶרד
ִּמצְ ַריְמָ ה" וגו' ווייל די פסוק זאגט דאך אונז דא ,אזַ " :וּי ֵֶרד" ִּמצְ ַריְמָ ה – אז
"ער" האט אראפ גענידער'ט קיין מצרים ,און אויב רעדט מען דא פון די
צייטן וואס "יעקב אבינו" איז אראפ געקומען קיין מצרים צוזאמען מיט די
צעהן שבטים ,וואלט דאך דעמאלט'ס לכאורה געדארפט שטיין דא אין
פסוק דעם לשון ,אזַ " :וּי ְֵרדּו" ִּמצְ ַריְמָ ה – אז "זיי" האבן אראפ גענידערט
קיין מצרים ,ווייל דו ביזט גערעכט טאקע אז "יעקב אבינו" האט טאקע
"שבְ טֵ י ָיּ-ה" האבן
אראפ גענידער'ט קיין מצרים ,אבער זיינע הייליגע צעהןִּ :
סא
אליעזר כי ת בוא נעימות
דאך אויך אראפ גענידערט קיין מצרים ,און גאנצע "זיבעציג נפשות" האבן
דאך דעמאלט'ס אראפ גענידערט קיין מצרים ,און ממילא עס וואלט דאך
דעמאלט'ס לכאורה געדארפט שטיין אין פסוק ,אזַ " :וּי ְֵרדּו" ִּמצְ ַריְמָ ה – אז
"זיי" האבן אראפ גענידערט קיין מצרים!?..
אלא מאי זעהט מען דאך שוין פון דעם ,אז די פסוק רעדט נישט דא פון
"יעקב אבינו" ,נאר די פסוק רעדט דא פון "אברהם אבינו" בשעת ווען ער
איז אראפ געגאנגען די ערשטע מאל קיין מצרים.
[הגם ..אז עס איז בעצם נישט אזא שווערע קשיא ,ווייל עס איז דא אסאך
מפרשים וואס ווילן דא ענטפער'ן זייער א פשוט'ע תירוץ פארוואס עס
שטייט נישט אין פסוק דעם לשוןַ " :וּי ְֵרדּו" ִּמצְ ַריְמָ ה ,און זיי זאגן אזוי ,אז די
סיבה פארוואס עס שטייט נישט אין פסוק די לשוןַ " :וּי ְֵרדּו" ִּמצְ ַריְמָ ה – אז
"זיי" האבן אראפ גענידערט קיין מצרים איז ,ווייל ווען א חשוב'ע מענטש
גייט ארויס פון זיין שטוב אויף גאר א לאנגע נסיעה ,דעמאלט'ס זאגט מען
נישט אז דער און דער חשוב'ער יוד איז ארויס געגאנגען צוזאמען מיט יענע
און יענע באגלייטער ,און מען זאגט נישט דעמאלט'ס אז דער און דער
חשוב'ער יוד איז ארויס געגאנגען צוזאמען מיט יענע און יענע זוהן ,נאר
מען זאגט דעמאלט'ס בלויז ,אז דער און דער חשוב'ע מענטש וואס הייסט
אזוי און אזוי איז ארויס געפארן אויף א נסיעה.
און דאס איז דאך אזוי ווי מענטשן זאגן היינטיגע צייטן אזא לשון ,אז דער
און דער רבי איז געפארן אויף א נסיעה קיין פולין אדער קיין אוקריינע ,איי..
מיכאל און גמליאל זענען דאך אויך מיט געפארן מיטן רבי'ן !?..און חיים
מיט אפרים זענען דאך אויך מיט געפארן מיטן רבי'ן !?..און שלום מיט
סב
אליעזר כי ת בוא נעימות
אברהם זענען דאך אויך מיט געפארן מיטן רבי'ן !?..אבער אזוי זאגט מען,
מען זאגט אז דער און דער רבי איז געפארן אויף א נסיעה ,ווייל ווען א
חשוב'ע מענטש פארט ערגעץ ,דעמאלט'ס דערמאנט מען נישט די נעהמען
פון זיינע אלע משרתים וואס זענען מיט געפארן מיט איהם.
נאר מען זאגט דעמאלט'ס בלויז אז דער און דער חשוב'ער מענטש האט זיך
ארויס געלאזט אויף א נסיעה ,און ממילא וועגן דעם זאגן אסאך מפרשים,
אז עס איז בעצם נישט אזא שטארקע ראי' פון דאס וואס עס שטייט דא אין
פסוק אזַ " :וּי ֵֶרד" ִּמצְ ַריְמָ ה – אז "ער" האט אראפ גענידער'ט קיין מצרים.
אבער לאמיר צוריק גיין צו די פלאץ וואו מיר האבן פריער געהאלטן ,ווייל
מיר האבן דאך געהאט געברענגט א ראי' פון דעם וואס עס שטייטַ " :וּי ֵֶרד"
און נישטַ " :וּי ְֵרדּו" ,אז מען רעדט דא פון "אברהם אבינו" וואס איז אליין
אראפ געגאנגען קיין מצריםּ" :בְ שָ נִּים קַ ְדמ ֹונִּיוֹת"].
און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך בפירוש אין חז"ל ,אז" :שֶ הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך
הּוא ִּחשַ ב אֶ ת הַ קֵ ץ" – אז דער אייבערשטער האט ָאן געהויבן צו רעכענען
די" :גָלּות ִּמצְ ַריִּם" פון ווען אברהם אבינו איז אראפ געגאנגען די ערשטע
מאל קיין מצרים[ ,און רש"י הק' איז דאך שוין מסביר די גאנצע חשבון
באריכות].
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פוןַ " :וּי ֵֶרד
ִּמצְ ַריְמָ ה" וגו' ,ווייל די פסוק וויל דאך אונז דא זאגן ,אזַ " :וּי ֵֶרד ִּמצְ ַריְמָ ה" –
אז וועגן די אראפ גיין פון אברהם אבינו די ערשטע מאל קיין מצרים ..וועגן
דעםַ " :ו ָּיגָר שָ ם ּבִּ ְמתֵ י ְמעָ ט" ,און די ווערטערַ " :ו ָּיגָר שָ ם ּבִּ ְמתֵ י ְמעָ ט" – איז
סג
אליעזר כי ת בוא נעימות
דאך ראשי תיבות" :מוֹשַ ב" ,און דאס גייט דאך ארויף אויף דעם באקאנט'ן
פסוק [וואס מיר האבן פריער אראפ געברענגט] וואס עס שטייט אין פרשת
בא (קפיטל י"ב פסוק מ') ,אזּ" :ומוֹשַ ב" ּבְ נֵי י ְִּש ָראֵ ל אֲשֶ ר י ְָשבּו ּבְ ִּמצְ ָריִּם
ַארּבַ ע מֵ אוֹת שָ נָה.
ֹלשים שָ נָה וְ ְ
ְש ִּ
און די כוונה פון די פסוק דא איז געווען ,אז וועגן דעםַ " :וּי ֵֶרד ִּמצְ ַריְמָ ה" –
אז וועגן דעם אראפ גיין פון "אברהם אבינו" די ערשטע מאל קיין מצרים,
וועגן דעםַ " :ו ָּיגָר שָ ם ּבִּ ְמתֵ י ְמעָ ט" – וועגן דעם איז געווארן גערעכנט די:
ֹלשים שָ נָה
"ש ִּ
"מוֹשַ ב" פון די יודישע קינדער אין דעם לאנד מצרים פארְ :
ַארּבַ ע מֵ אוֹת שָ נָה" – פאר "פיר הונדערט און דרייסיג" יאר ,און עס איז
וְ ְ
געווארן גערעכנט כאילו די יודישע קינדער זענען טאקע בעצם געווען "פיר
הונדערט און דרייסיג" יאר אין דעם שווער'ן ביטער'ן" :גָלּות ִּמצְ ַריִּם" ,ווייל
מען האט דאך דאס שוין ָאן געהויבן צו רעכענען פון ווען אברהם אבינו איז
אראפ געגאנגען קיין מצרים די ערשטע מאל.
און עס קומט דאך אויך אויס פון דעם ,אז דורך דעם וואס אברהם אבינו איז
אראפ געגאנגען קיין מצרים די ערשטע מאל ,איז די" :מוֹשַ ב" פון די יודישע
ֹלשים
"ש ִּ
קינדער אין דעם לאנד מצרים געווארן אסאך אסאך ווייניגער וויְ :
ַארּבַ ע מֵ אוֹת שָ נָה" ,ווייל מען האט דאך שוין ָאן געהויבן צו רעכענען
שָ נָה וְ ְ
די חשבון פון" :גָלּות ִּמצְ ַריִּם" פון ווען אברהם אבינו איז אראפ געגאנגען
קיין מצרים די ערשטע מאל.
און מען קען דא טאקע אפשר אויך צו לייגן נאך א קליינע געדאנק ,און דאס
איז ,אז די ווארט" :מוֹשַ ב" –איז דאך טאקע אויך גימטריא" :שָ מֵ חַ " ,ווייל
סד
אליעזר כי ת בוא נעימות
יא ר' יוד ,דאס האט ָאן געהאלטן די יודישע קינדער אין דעם טמא'נעם לאנד
"ש ְמחָ ה"!..
מצרים ,וואס !?..די הייליגע מדה פוןִּ :
און טראץ דעם וואס די יודישע קינדער אין מצרים האבן נאך נישט געהאט
מקבל געווען דער הייליגער "תורה" הק' ,פלעגן זיי זיך אבער נאך אלץ
"ש ְמחָ ה".
כסדר צוזאם נעמען זיך צו שטארקן איינער דעם צווייטן מיט אִּ :
אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע קלאר אין סידורו של שבת ,אז בשעת
ווען די יודישע קינדער זענען געווען אין דעם שווער'ן ביטער'ן" :גָלּות
ִּמצְ ַריִּם" ,פלעגן זיי זיך אבער נאך אלץ כסדר צוזאם נעמען א יעדע וואך
פרייטיג צו נאכט'ס ,און זיי פלעגן דעמאלט'ס אלע זיצן אינאיינעם און
"שירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת לְ מֶ לְֶך אֵ -ל חַ י וְ קַ ּיָם" ,און זיי פלעגן זיך
זינגעןִּ :
דעמאלט'ס אלע מחזק זיין איינער דעם צווייטן ,און זיי פלעגן זיך
דעמאלט'ס אלע פרייען מיט דעם הייליגן שבת קודש" :אֲפִּ לּו קֹ ֶדם שֶ נִּתְ נָה
"שירוֹת וְ תִּ ְשּבָ חוֹת לְ מֶ לְֶך
לְ י ְִּש ָראֵ ל" ,און זיי פלעגן דעמאלט'ס אלע זינגעןִּ :
אֵ -ל חַ י וְ קַ ּיָם".
און זיי פלעגן זיך דעמאלט'ס אלע מחזק זיין איינער דעם צווייטן ,און זיי
פלעגן דעמאלט'ס אלע רעדן דיבורים פון" :אֱמּונָה" אוןּ" :בִּ טָ חוֹן" ,און זיי
פלעגן דעמאלט'ס זאגן איינער צום צווייטן ,אז דער אייבערשטער שפירט
דאך זיכער מיט אונזער צער ,און עס איז דאך זיכער אז דער אייבערשטער
געפונט זיך אויך מיט צוזאמען מיט אונז אין דעם שווער'ן ביטער'ן" :גָלּות
ִּמצְ ַריִּם" ,און עס איז דאך זיכער אז דער אייבערשטער האט קיינמאל נישט
פארגעסן פון אונז.
סה
אליעזר כי ת בוא נעימות
און די יודישע קינדער פלעגן זיך צוזאם קומען א יעדע שבת קודש מיט א
"ש ְמחָ ה" ,און א יעדע שבת קודש האבן זיי זיך נאך אמאל
מורא'דיגעִּ :
צוזאם גענומען מיט א מורא'דיגע פריש'קייט ,און זיי פלעגן זיך דעמאלט'ס
מחזק זיין איינער דעם צווייטן מיט א מורא'דיגעַ" :אחֲדּות".
און פרעה האט טאקע שפעטער אליין געזאגט פאר די מצריים דעם לשון,
אז :הָ בָ ה נִּתְ חַ כְ מָ ה "לוֹ" – אז לאמיר זיך קלוג'ן איבער "איהם" ,ווייל די
יודישע קינדער האבן זיך דאך געהאלטן אזוי צוזאמען אין דעם לאנד
מצרים ..עד כדי כך אז מען האט זיי אלע געקענט ָאן רופן מיטן טיטול" :לוֹ"
– איהם ,אזאַ" :אחֲדּות" האט געהערש'ט צווישן די יודישע קינדער אין דעם
לאנד מצרים ,און פון דעם געדאנק קומט דאך אויס ,אז די" :מוֹשַ ב" פון די
יודישע קינדער אין דעם לאנד מצרים האט זיך דאך טאקע נאר געהאלטן
"ש ְמחָ ה":
דורך די כח פוןַ" :אחֲדּות" און דורך די כח פוןִּ :
וַ י ֹו ִּצ ֵאנו יהו-ה ִּמ ִּמ ְצ ַריִּ ם ְביָד חֲזָ ָקה
וַ י ֹּו ִצ ֵאנ ּו יהו-ה ִמ ּ ִמ ְצ ַריִ ם ְּביָ ד ֲחז ָָקה ּו ִבזְ ר ַֹע נְ ט ּויָ ה ּו ְבמ ָֹרא ָּגדֹל
ֹתות ּו ְבמ ְֹפ ִתים :עס שטייט אין פסוק אין פרשת בא (קפיטל י"ב פסוק
ּו ְבא ֹ
מ"א) ,אזַ :ויְהִּ י ּבְ עֶ צֶ ם "הַ ּיוֹם" הַ זֶה יָצְ אּו כָל צִּ בְ אוֹת יהו-ה מֵ אֶ ֶרץ ִּמצְ ָריִּם – אז
די יודישע קינדער זענען ארויס געגאנגען פון מצרים אינמיטן טאג ווען א
יעדער איינער האט געזעהן.
און ווען פרעה האט געשריגן צו משה רבינו אינמיטן די נאכט אז" :קּומּו
צְ אּו ִּמתוְֹך עַ ִּמי גַם אַ תֶ ם גַם ּבְ נֵי י ְִּש ָראֵ ל ּולְ כּו עִּ בְ דּו אֶ ת יהו-ה כְ ַדּבֶ ְרכֶם" – און
סו
אליעזר כי ת בוא נעימות
ווען פרעה האט געשריגן צו משה רבינו אינמיטן די נאכט אז ענק קענען
ארויס גיין פון מצרים ווי אזוי ענק ווילן ,און די עיקר איז דאך נאר ,אז
גייט'ס שוין ארויס פון דאנעט און פארטיג ,האט דעמאלט'ס משה רבינו
געזאגט פאר פרעה ,אז מיר גייען נישט ארויס אינמיטן די נאכט אזוי ווי
גנבים וואס אנטלויפן פון א תפיסה ,ניין ניין ניין ,נאר מארגן אינדערפרי ווען
א יעדער איינער וועט זעהן ,אינמיטן העלן טאג ,וועלן מיר דעמאלט'ס אלע
ארויס גיין פון דעם הויפט אריינגאנג פון מצרים.
איי פארוואס !?..די תירוץ אויף דעם איז ,כדי אז א יעדער איינער זאל
קענען זעהן אז מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס פאלק ,און כדי אז א יעדער
איינער זאל קענען זעהן אז דער אייבערשטער לאזט אונז נישט אויף
"הפקר" ,און ממילא וועגן דעם שטייט טאקע אין פסוק אין פרשת בא
(קפיטל י"ב פסוק מ"א) ,אזַ :ויְהִּ י ּבְ עֶ צֶ ם "הַ ּיוֹם" הַ זֶה יָצְ אּו כָל צִּ בְ אוֹת יהו-ה
מֵ אֶ ֶרץ ִּמצְ ָריִּם ,ווייל די יודישע קינדער זענען דאך טאקע ארויס געגאנגען פון
מצרים אינמיטן העלן טאג ווען א יעדער איינער האט געקענט מיט האלטן
מיט די אייגענ'ע אויגן דעם גרויסן מעמד פון" :יְצִּ יַאת ִּמצְ ַריִּם".
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון" :וַּיוֹצִּ אֵ נּו
יהו-ה ִּמ ִּמצְ ַריִּם" וגו' ,ווייל די ווערטערַ " :וּיוֹצִּ אֵ נּו יהו-ה ִּמ ִּמצְ ַריִּם ּבְ יָד" – איז
דאך טאקע אויך ראשי תיבותּ" :בַ ּיוֹם" ,ווייל דאס איז דאך טאקע א רמז צו
דעם ענין וואס מיר האבן פריער דערמאנט ,אז די" :וַּיוֹצִּ אֵ נּו יהו-ה ִּמ ִּמצְ ַריִּם"
איז טאקע געוועןּ" :בַ ּיוֹם" – אינמיטן העלן טאג ,און נישט ביינאכט.
און דאס איז דאך טאקע געווען די ציל פון דעם אייבערשטן מיט" :יְצִּ יַאת
ִּמצְ ַריִּם" ,צו ווייזן פאר די וועלט אז דער אייבערשטער איז די שטערקסט'ע
סז
אליעזר כי ת בוא נעימות
אויף דער וועלט ,אזוי ווי עס ווערט דאך שוין טאקע דערמאנט כמה פעמים
אין די פסוקים ביי די צעהן מכות אז" :לְ מַ עַ ן תֵ ַדע כִּ י אֵ ין כַיהו-ה אֱֹלקֵ ינּו",
ָארץ" ,און אזּ" :בַ עֲבּור תֵ ַדע כִּ י אֵ ין
און אז" :לְ מַ עַ ן תֵ ַדע כִּ י ֲאנִּי יהו-ה ּבְ קֶ ֶרב הָ ֶ
ָארץ" ,און אז" :וְ אּולָם ּבַ עֲבּור זֹאת הֶ עֱמַ ְדתִּ יָך ּבַ עֲבּור הַ ְראֹ תְ ָך אֶ ת
כָמֹ נִּי ּבְ כָל הָ ֶ
ָארץ":
כ ִֹּחי ּולְ מַ עַ ן סַ פֵ ר ְש ִּמי ּבְ כָל הָ ֶ
ְו ָש ַמ ְח ָת ְב ָכל ַהט ֹוב
ית ָך ַא ּ ָתה שר נָ ַתן לְ ָך יהו-ה אל ֶֹׁק ָ
יך ּולְ בֵ ֶׁ שמַ ְח ּ ָת ְבכָ ל הַ ּט ֹוב אֲ ֶׁ
ְו ָ
ְוהַ ּל ִֵוי ְוהַ ֵּגר אֲ ֶׁשר ְּב ִק ְר ּ ֶׁב ָך :דער הייליגער אור החיים הק' שרייבט דאך
אונז שוין מורא'דיגע ווערטער אין די וואכעדיגע פרשה אויף דעם פסוק פון:
"וְ שָ מַ ְחתָ ּבְ כָל הַ טוֹב אֲשֶ ר נָתַ ן לְ ָך יהו-ה אֱֹלקֶ יָך" וגו' ,וזלה"ק ,אז" :וְ גַם כִּ י
י ְִּרמֹ ז ּבְ מַ אֲמַ ר ּבְ כָל הַ טוֹב עַ ל הַ תו ָֹרה" – אז די ווערטערּ" :בְ כָל הַ טוֹב" – גייט
ָאמ ָרם זַ"ל אֵ ין טוֹב
דאך ארויף אויף דער הייליגער "תורה" הק' ,ווייל" :כְ ְ
אֶ לָא תו ָֹרה" – ווייל חז"ל (ברכות דף :ה' ע"א) זאגן דאך אונז שוין בפירוש
אז" :אֵ ין טוֹב אֶ לָא תו ָֹרה".
און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך אין פסוק (משלי קפיטל ד' פסוק ב'),
אז דער הייליגער באשעפער האט געזאגט פאר די יודישע קינדער ,אז" :כִּ י
לֶקַ ח טוֹב נָתַ תִּ י ָלכֶם תו ָֹרתִּ י עַ ל תַ ֲעזֹבּו" – אז איך האב אייך געגעבן א" :לֶקַ ח
טוֹב" – א הייליגער תורה הק' וואס איז די בעסטע סחורה וואס עס איז נאר
דא אויף דער וועלט.
סח
אליעזר כי ת בוא נעימות
און פון דעם שטיקל אור החיים הק' קומט דאך אויס א מורא'דיגע זאך ,אז
וואס !?..אז דו האסט א מצות עשה דאורייתא פון" :וְ שָ מַ ְחתָ ּבְ כָל הַ טוֹב" –
אז דו האסט א מצות עשה דאורייתא פון זיך פרייען מיט דער הייליגער
"תורה" הק'" :אֲשֶ ר נָתַ ן לְ ָך יהו-ה אֱֹלקֶ יָך" – וואס דער הייליגער באשעפער
האט דיר געגעבן ,און עס איז דא א מצות עשה דאורייתא זיך צו פרייען מיט
"מצְ וַת הַ תו ָֹרה".
"ש ְמחָ ה שֶ ל ִּמצְ וָה" ווען מען איז מקיים די הייליגעִּ :
אִּ :
און מיר זינגען דאך שוין טאקע אלע שמחת תורה ביי די הקפות דעם הייליגן
"שישּו וְ ִּש ְמחּו ּבְ ִּש ְמחַ ת תו ָֹרה כִּ י הִּ יא לָנּו עוֹז וְ או ָֹרה" ,און דער
ניגון פוןִּ :
זעלבע ענין זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך די פסוק דא ,ווייל די פסוק
זאגט דאך אונז דא אזוי ,אז" :וְ שָ מַ ְחתָ " – אז דו זאלסט זיך פרייען" :בְ כָל
הַ טוֹב" – מיט די גאנצע "תורה" הק' ,אבער פריי זיך טאקע" :בְ כָל הַ טוֹב" –
מיט די גאנצע תורה הק'.
און דאס מיינט צו זאגן אזוי ,אז אויב וועסטו זאגן אמאל פאר א מענטש ,אז
דו ווייסט !?..פריי זיך מיט די גאנצע תורה הק' ,און פריי זיך מיט אלע
הייליגע "מצוות" פון דער הייליגער תורה הק' ,וועט ער דיר דעמאלט'ס
"מצְ וַת הַ תו ָֹרה"!?..
פרעגן ,אז וואס הייסט אז איך זאל זיך פרייען מיט אלעִּ :
ווי אזוי קען איך זיך פרייען מיט די גאנצע תורה הק' !?..איך קען דאך נישט
מקיים זיין די גאנצע תורה הק'!?..
ווייל עס איז דאך דא פארשידענ'ע מצוות אין די תורה וואס עס איז נאר
געמאכט געווארן פאר "כהנים" ,און עס איז דאך אויך דא פארשידענ'ע
מצוות אין די תורה וואס עס איז נאר געמאכט געווארן פאר "לוים" ,און עס
איז דאך אויך דא פארשידענ'ע מצוות אין די תורה וואס עס איז נאר
סט
אליעזר כי ת בוא נעימות
געמאכט געווארן פאר "ישראלים" ,און ממילא ווי אזוי ווילסטו אז איך זאל
זיך פרייען" :בְ כָל הַ טוֹב" – מיט די גאנצע "תורה" הק' ,איך קען דאך נישט
מקיים זיין אלע מצות וואס עס שטייט אין דער הייליגער תורה הק'!?..
און בכלל ..עס איז דאך דא פארשידענ'ע מצוות אין די תורה וואס עס איז
נאר שייך אין" :אֶ ֶרץ י ְִּש ָראֵ ל" ,ווי למשל ..תרומות ומעשרות און ביכורים,
און דאס גלייכן ,און ממילא ווי אזוי ווילסטו אז איך זיך זאל זיך פרייען:
"בְ כָל הַ טוֹב" – מיט די גאנצע "תורה" הק' !?..איך קען דאך נישט מקיים
זיין די גאנצע תורה הק'!?..
וועסטו דעמאלט'ס ענטפער'ן פאר דעם מענטש ,אז ..ניין ,עס איז נישט אזוי,
ווייל עס ווערט דאך שוין געברענגט אין די ספרים הק' ,אז ווען א יוד איז
מקיים זיין" :חֵ לֶק הַ תו ָֹרה" וואס ער קען יא מקיים זיין ,באקומט ער
דעמאלט'ס א חלק אין א יעדע מצוה וואס גאנץ כלל ישראל איז מקיים ,סיי
אין די מצוות וואס די "כהנים" זענען מקיים ,און סיי אין די מצוות וואס די
"לויים" זענען מקיים ,און סיי אין די מצוות וואס די "ישראלים" זענען
"מצְ וֹת
ָארץ" ,און סיי אין דיִּ :
"מצְ וֹת הַ תְ לּויוֹת ּבָ ֶ
מקיים ,און סיי אין דיִּ :
ָארץ".
הַ תְ לּויוֹת ּבְ חּוץ ָל ֶ
ווייל דער הייליגער תורה הק' איז דאך געגעבן געווארן פאר א יעדעם
איינעם צוזאמען ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע א יעדן טאג ביי
ברכת התורה ,אז :וְ נָתַ ן "לָנּו" אֶ ת תו ָֹרת ֹו – אז דער הייליגער באשעפער האט
"אונז" געגעבן זיין הייליגער תורה הק' ,און אפילו מיר זאגן דאס ביחידות,
זאגן מיר אבער נאך אלץ דעם לשון פון :וְ נָתַ ן "לָנּו" אֶ ת תו ָֹרת ֹו – אז דער
ע
אליעזר כי ת בוא נעימות
הייליגער באשעפער האט "אונז" געגעבן זיין הייליגער תורה הק' ,ווייל א
יעדע יודיש קינד האט דאך א חלק אין דער הייליגער תורה הק'.
און פונקט אזוי ווי א יעדער איינער פארשטייט ,אז ווען צוויי מענטשן האבן
א "שותפות" ,דעמאלט'ס האט א יעדער איינער א חלק אין א יעדע איינציגע
פרוטה פון דעם גאנצן געשעפט ,די זעלבע זאך איז אויך מיט דער הייליגער
תורה הק' ,ווייל א יעדע יודיש קינד [וואס איז מקיים זיין" :חֵ לֶק הַ תו ָֹרה"
וואס ער "קען" מקיים זיין] האט א חלק אין א יעדע מצוה פון דער הייליגער
תורה הק'.
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם ,אז אפילו אויב דו קענסט נישט אויס
פירן בפועל ממש א יעדע איינציגע מצוה ,צו ווייל דו ביזט נישט קיין כהן,
אדער ווייל דו ביזט נישט קיין לוי ,אדער ווייל דו ביזט נישט אין" :אֶ ֶרץ
י ְִּש ָראֵ ל" וכדומה ..קענסטו דאך אבער טוהן דיין" :חֵ לֶק הַ תו ָֹרה" ,און מיט
דעם קענסטו ווערן א גלייכ'ע שותף מיט אלע יודישע קינדער וואס זענען:
ּומצְ וֹת".
"שו ְֹמרֵ י תו ָֹרה ִּ
און עס שטייט דאך שוין טאקע אין פסוק אין פרשת וזאת הברכה (קפיטל
ל"ג פסוק ד') ,אז דער הייליגער באשעפער זאגט אונז אזוי ,אז" :תו ָֹרה צִּ ּוָה
לָנּו מֹ שֶ ה" – אז דער הייליגער תורה הק' איז טאקע געגעבן געווארן דורך א
יחיד וואס הייסט משה רבינו ,אבער עס איז" :מו ָֹרשָ ה ְקהִּ לַת ַיעֲקֹ ב" – אבער
עס איז א ירושה פאר גאנץ כלל ישראל צוזאמעןּ" :בְ הַ ְקהֵ ל".
און דאס איז טאקע די וועג ווי אזוי מען איז מקיים דער הייליגער תורה הק',
די וועג ווי אזוי מען איז מקיים דער הייליגער תורה הק' איז ,אז א יעדער
עא
אליעזר כי ת בוא נעימות
איינער טוט זיין חלק ,און א יעדער איינער פראבירט מקיים צו זיין זיין:
"חֵ לֶק הַ תו ָֹרה" וואס ער קען יא מקיים זיין ,און מיט דעם ווערט ער א
גלייכ'ע שותף מיט די מצוות וואס גאנץ כלל ישראל איז מקיים.
און בכלל ..דארף מען דאך וויסן ווען עס קומט צו עבודת השם יתברך ,אז
קיינער קען נישט טוהן א צווייטנ'ס ארבעט ,ווייל יעדער איינער האט זיך
דאך זיין "תפקיד" אויף דער וועלט ,און קיינער קען דאך נישט אויס פירן
דיין "תפקיד" אזוי גוט ווי דו פירס'ט דאס אויס.
און איינמאל מען ווייסט שוין אז א יעדע יוד האט א חלק אין א יעדע מצוה
פון דער הייליגער תורה הק' אפילו מען קען דאס נישט אויס פירן בפועל
ממש ,האט מען זיך שוין טאקע ערשט וואס צו פרייען מיט דער הייליגער
תורה הק' ,ווייל דער הייליגער תורה הק' איז דאך אונזער לעבן ,אזוי ווי מיר
זאגן דאך שוין טאקע א יעדן טאג ביים דאווענען ,אז" :כִּ י הֵ ם חַ ּיֵינּו וְ אֹ ֶרְך
יָמֵ ינּו ּובָ הֶ ם נֶהְ גֶה יוֹמָ ם ָו ָל ְילָה".
און דאס זאגט דאך אונז שוין טאקע די פסוק ווייטער אין די המשך הפסוק
פון" :וְ שָ מַ ְחתָ בְ כָל הַ טוֹב" וגו' ,אז וואס !?..אז דו ווייסט וואס איז די
אמת'ע סיבה פארוואס" :וְ שָ מַ ְחתָ בְ כָל הַ טוֹב" – פארוואס דו דארפס'ט זיך
פרייען מיט דער הייליגער תורה הק'!?..
ווייל" :אֲשֶ ר נָתַ ן לְ ָך יהו-ה אֱֹלקֶ יָך" ,און די ווערטערֲ " :אשֶ ר ָנתַ ן לְ ָך יהו-ה
ֱאֹלקֶ יָך" – איז דאך ראשי תיבות" :אִּ ילָן" – א בוים (בשפת ארמית) ,ווייל
דער הייליגער תורה הק' איז דאך אונזער" :עֵ ץ חַ ּיִּ ים" – אונזער לעבן ,און
אזוי ווי דער הייליגער זוהר הק' (פ' בהעלותך דף :קמ"ח ע"ב) זאגט דאך
עב
אליעזר כי ת בוא נעימות
אונז שוין טאקע ,אז דער הייליגער תורה הק' איז דאך אונזער" :אִּ י ָלנָא
ְדחַ ּיֵי" – דער הייליגער תורה הק' איז דאך א בוים וואס געבט אונז "לעבן",
און ווי שטארק דארף זיך דאך א מענטש פרייען מיט א זאך וואס געבט
איהם "לעבן"!?..
און עס שטייט דאך נישט אין דעם הייליגן זוהר הק' אז דער הייליגער תורה
הק' איז אונזער" :אִּ י ָלנָא ְדחַ ּיֵי ע ֹולָם הַ ּבָ א" – אז דער הייליגער תורה הק' איז
א בוים וואס ברענגט אונז" :חַ יֵי ע ֹולָם הַ ּבָ א" ,נאר עס שטייט אין דער
הייליגער זוהר הק' ,אז דער הייליגער תורה הק' איז א" :אִּ י ָלנָא ְדחַ ּיֵי" – דער
הייליגער תורה הק' איז א בוים וואס געבט אונז לעבן "בגשמיות" ,און דער
הייליגער תורה הק' מאכט מיר לעבן א געשמאקע לעבן "בגשמיות".
ווייל ווי אזוי האבן צדיקים געזאגט ,אז עס איז דאך ממש" :מֵ עֵ ין ע ֹולָם
הַ זֶה" אריין צו גיין אין בית המדרש שבת אינדערפרי און זיך ָאן ווארעמען
דאס הארץ מיט א ווארימ'ע נשמת ,וואס קען דען זיין בעסער ווי א ווארימ'ע
דאווענען !?..וועלכע תענוג אויף דער וועלט קען זיך דען פארמעסט'ן מיט
א ווארימ'ע נשמת וואס א יודיש קינד איז זוכה צו זאגן שבת אינדערפרי
פארן גרויסן" :מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָכִּ ים הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא"!?..
ווייל ..יא ,דער הייליגער תורה הק' מאכט אז דו זאלסט מאכן א לעבן אויף
דער וועלט "בגשמיות" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין
פסוק (משלי קפיטל ג' פסוק י"ח) ,אז" :עֵ ץ חַ ּיִּ ים הִּ יא" – אז דער הייליגער
תורה הק' איז א לעבעדיגע בוים פון לעבן" :לַמַ חֲזִּ ִּיקים ּבָ ּה" – פאר די וואס
כאפן איר ָאן שטארק און לאזן איר נישט אפ ,ווייל מיט דער הייליגער תורה
עג
אליעזר כי ת בוא נעימות
הק' "קען" מען מאכן א לעבן אויף דער וועלט ,און ָאן דער הייליגער תורה
הק' קען מען "נישט" מאכן א לעבן אויף דער וועלט.
איי ..וועט איינער פרעגן ,אז איך זעה דאך אז עס איז ליידער דא היינטיגע
צייטן אזוי פיל יודישע קינדער וואס פאלגן נישט דער הייליגער תורה הק'
און אפילו הכי מאכן זיי א לעבן אויף דער וועלט!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,אז בסדר ..מען האט שוין געהערט אזאנ'ס ,האסטו
נאך א קשיא ,וויפיל מאל ווערט דערמאנט אין די הייליגע גמרא די ווארט:
"קַ ְשיָא" – אז עס איז געבליבן שווער!?..
גאר אסאך מאל ,ווייל די יסוד פון א יודיש קינד איז ,אז אפילו אויב איך זעה
אז עס זעהט אויס אז א יודיש קינד מאכט א לעבן אויף דער וואלט ָאן דעם
אייבערשטן ,וועל איך אבער נאך אלץ נישט אויף הערן צו שרייען אז ָאן
"דעם אייבערשטן קען מען נישט מאכן א לעבן אויף דער וועלט"!..
און דער הייליגער תורה הק' ווערט דאך ָאן גערופן מיטן נאמען" :עֵ ץ"
כידוע ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק (משלי קפיטל
ג' פסוק י"ח) ,אז" :עֵ ץ" חַ ּיִּ ים הִּ יא לַמַ חֲזִּ ִּיקים ּבָ ּה וְ תֹ ְמכֶיהָ ְמאֻשָ ר ,און דער
הייליגער תורה הק' ווערט דאך אויך ָאן גערופן מיטן נאמען" :אִּ ילָן" ,אזוי
ווי עס ווערט דאך שוין טאקע מבואר אין דעם הייליגן זוהר הק' אז דער
הייליגער תורה הק' איז א" :אִּ י ָלנָא ְדחַ ּיֵי" – אז דער הייליגער תורה הק' איז
א בוים פון "לעבן".
עד
אליעזר כי ת בוא נעימות
און מיט די תורה קענסטו מאכן א לעבן אויף דער וועלט און אויף יענע
וועלט ,ווייל דער הייליגער תורה הק' איז דאך א" :עֵ ץ חַ ּיִּ ים" – ווייל דער
הייליגער תורה הק' איז דאך א בוים פון "לעבן" ,און דער הייליגער תורה
הק' איז דאך א בויםֲ " :אשֶ ר ָנתַ ן לְ ָך יהו-ה ֱאֹלקֶ יָך" – און דער הייליגער
תורה הק' איז דאך א בוים וואס דער אייבערשטער האט דיר געגעבן.
און א יודיש קינד דארף זיך דאך שטענדיג זעהן ָאן צו כאפן אין דעם
הייליגן" :אִּ י ָלנָא ְדחַ ּיֵי" ,ווייל" :עֵ ץ חַ ּיִּ ים הִּ יא" – ווייל דער הייליגער תורה
הק' איז דאך נאר א בוים פון לעבן" :לַמַ חֲזִּ ִּיקים ּבָ ּה" – פאר די וואס כאפן
איר ָאן שטארק – פאר די וואס גייען אין אירע וועגן.
און ממילא וועגן דעם זאגט אונז טאקע די פסוק אין די וואכעדיגע פרשה,
אז" :וְ שָ מַ ְחתָ " – אז דו זאלסט זיך פרייען" :בְ כָל הַ טוֹב" – מיט די גאנצע
תורה ,און די ווארט" :הַ טוֹב" – איז דאך גימטריא :כ"ב ,און דאס איז דאך
אנטקעגן די" :כ"ב אוֹתִּ ּיוֹת הַ תו ָֹרה" ,ווייל ..יא ,מיט די גאנצע תורה זאלסטו
זיך פרייעןֲ " :אשֶ ר ָנתַ ן לְ ָך יהו-ה ֱאֹלקֶ יָך" – וואס דער אייבערשטער האט דיר
געגעבן פאר א מתנה ,ווייל דאס געבט דאך דיר אריין דיין גאנצע "חיות" –
דיין גאנצע "לעבן" ,און ממילא דארפסטו זיך דאך שוין ערשט פרייען מיט
דעם.
ווייל אויב דו וועסט אמאל אפ שטעלן א מענטש וואס קען נעבעך ליידער
נישט אטעמען אליין ,און דו וועסט איהם געבן א פרעג ,אז זאג מיר נאר ר'
יוד ,דו ביזט פריילעך מיט דיין גרויסן מאשין וואס דו טראגס'ט נעבעך דא
ארום!?..
עה
אליעזר כי ת בוא נעימות
אויב נישט ר' יוד ,האב איך דאך א גרינגער'ע וועג פאר דיר ,איך זאג דיר ר'
יוד ,לאז דאס אינדערהיים ,ווייל אזוי וועט דאך דיר ווערן פיל גרינגער ,און
דו וועסט שוין מער נישט דארפן שלעפן אזא שווערע זאך.
ווען דער מענטש וועט הערן אזעלכע טפשות'דיגע ווערטער ,וועט ער דאך
דיר דעמאלט'ס גלייך געבן א שריי ָאן ,אז דו גייסט אוועק פון דא !?..דו
ביזט נארמאל !?..דאס איז דאך מיין גאנצע לעבן ,ווייל איך אטעם דאך מיט
דעם ,און דו חכם ווילס'ט מיר גרינגער מאכן דורך דעם וואס דו נעמס'ט מיר
אוועק "מיין לעבן"!?..
און ..יא ,אוודאי בין איך פריילעך מיט דעם ,ווייל איך ווייס דאך ביי מיר ,אז
איך געפון זיך דאך נאך יעצט אין אזא און אזא מצב ,און דאס איז דאך די
בעסטע פאר מיר יעצט ,און א יעדע אטעם וואס איך אטעם קומט דאך נאר
דורך דעם מאשין[ ,על כל פנים אזוי מיינט ער נעבעך ,ווייל אזא מענטש קען
דאך נאך נעבעך אמאל פארגעסן אז" :עַ ל כָל נ ְִּשימָ ה ּונ ְִּשימָ ה תְ הַ לֵל ָיּ-ה"],
און דו ווילס'ט מיר דאס צו נעמען!?..
אבער על כל פנים ..דאס איז דער הייליגער תורה הק' ,דער הייליגער תורה
הק' געבט דאך אונז "לעבן" א יעדע מינוט ,און ָאן דער הייליגער תורה הק'
לעבסטו נישט אויף דער וועלט ,ווייל אין מיין הייליגער תורה הק' שטייט
דאך שוין בפירוש (ויקרא קפיטל י"ח פסוק ה') ,אז" :וָחַ י ּבָ הֶ ם" – אז מען
קען נאר לעבן מיט דער הייליגער תורה הק' ,און אויב לאזטו אפ דעם אטעם
מאשין וואס הייסט תורה ,דעמאלט'ס לעבסטו מער נישט אויף דער וועלט.
עו
אליעזר כי ת בוא נעימות
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"ט
פסוק נ') ,אז" :כִּ י אִּ ְמ ָרתְ ָך ִּחּיָתְ נִּי" – און דיין הייליגער תורה הק' מאכט דאך
מיר לעבן ,פשוטו כמשמעו ,און דאס געבט דאך מיר מיין גאנצע "חיות",
און ָאן דער הייליגער תורה הק' קען איך דאך נישט לעבן ,ווייל" :כִּ י הֵ ם
חַ ּיֵינּו" – ווייל דער הייליגער תורה הק' איז דאך די לעבן פון א מענטש ,און:
"כִּ י בָ ם ִּחּיִּ יתָ נִּי" – און אין דעם לעבט דאך א מענטש ,ווייל דער הייליגער
תורה הק' איז דאך די אטעם מאשין פון א יעדע יודיש קינד.
און קיינער זאל קיינמאל נישט מיינען אז יא ..דער הייליגער תורה הק' געבט
מיר "סיפוק" אין לעבן ,ווייל ..ניין ,דער הייליגער תורה הק' געבט דיר
"לעבן" אליין[ ,אזוי ווי מיר האבן דאך שוין טאקע מאריך געווען גאר לאנג
ביי דעם יום טוב שבועות לגבי דעם שמועס וואס דאס מיינט" :כִּ י הֵ ם
חַ ּיֵינּו"] ,און ממילא ווי שטארק דארף זיך א יודיש קינד פרייען" :בְ כָל
הַ טוֹב" – מיט די גאנצע תורה הק'" :אֲשֶ ר נָתַ ן לְ ָך יהו-ה אֱֹלקֶ יָך"!?..
חוץ פון דעם וואס דער הייליגער תורה הק' געבט דיר א פשוט'ן זיס'ן לעבן,
געבט דיר דאך דער הייליגער תורה הק' א אייביג'ע נצחיות'דיגע לעבן ,אזוי
ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע ביי די ברכות התורה ,אז" :וְ חַ ּיֵי ע ֹולָם נָטַ ע
ּבְ ת ֹוכֵנּו" – אז א אייביג'ע לעבן איז דאך איין געפלאנצן אין דעם הייליגן:
"עֵ ץ הַ חַ ּיִּ ים".
און די פסוק פון" :וְ שָ מַ ְחתָ בְ כָל הַ טוֹב" וגו' זאגט דיר דא ווייטער ,אזֲ " :אשֶ ר
ָנתַ ן לְ ָך יהו-ה ֱאֹלקֶ יָך" – אז אין דעם הייליגן" :אִּ י ָלנָא ְדחַ ּיֵי" זאלסטו זיך
טאקע גאר שטארק ָאן כאפן ,אבער אויךּ" :ולְ בֵ יתֶ ָך" – אבער אויך דיין
עז
אליעזר כי ת בוא נעימות
שטוב זאלסטו ָאן הענגען אין דעם הייליגן" :אִּ י ָלנָא ְדחַ ּיֵי" – אויך דיין שטוב
זאלסטו ָאן הענגען אין דער הייליגער תורה הק' ,און עס זאל זיך פירן ביי
דיר א תורה'דיגע שטוב.
און איינמאל א יודיש קינד איז זוכה זיך צו באמת פרייען מיט דער הייליגער
תורה הק' ,דעמאלט'ס קען ער דאך שוין צו קומען צו די העכסט'ע מדריגות
וואס עס איז נאר שייך ,און ער קען דאך שוין דעמאלט'ס זוכה זיין צו
"ש ְמחַ ת תו ָֹרה" און שפירן דעם אמת'ן טעם
באקומען דעם הייליגן אור פוןִּ :
קּודי יהו-ה יְשָ ִּרים ְמשַ ְמחֵ י לֵב".
אין דעם" :פִּ ֵ
און מיר וועלן ענדיגן דא מיט גאר א טייער הייליג ווארט וואס דער הייליגער
אור החיים הק' זאגט אונז די וואך אין די פרשה ,ווייל דער הייליגער אור
החיים הק' זאגט דאך אונז שוין די וואך אין די פרשה ,וזלה"ק ,אז" :אִּ ם הָ יּו
ישין ּבִּ ְמתִּ יקּות ַועֲרֵ בּות טּוב הַ תו ָֹרה" – אז אויב מענטשן וואלטן
ָאדם מַ ְרגִּ ִּ
ּבְ נֵי ָ
געשפירט די זיס'קייט פון דער הייליגער תורה הק' ,דעמאלט'ס" :הָ יּו
ִּמ ְשתַ גְ עִּ ים" – דעמאלט'ס וואלטן זיי פשוט משוגע געווארן נאך דער
"ּומתְ ַלה ֲִּטים ַאח ֲֶריהָ " – און זיי וואלטן זיך פשוט
הייליגער תורה הק' ,אוןִּ :
נאך געצויגן נאך דער הייליגער תורה הק'.
און" :וְ ֹלא יֵחָ שֵ ב ּבְ עֵ ינֵיהֶ ם ְמֹלא ע ֹולָם כֶסֶ ף וְ זָהָ ב לִּ ְמאּומָ ה" – און אפילו א
גאנצע וועלט ָאן געפילט מיט גאלד און זילבער וואלט נישט געהאט ביי זיי
קיין שום חשיבות ,און דו ווייסט פארוואס!?..
ווייל" :כִּ י הַ תו ָֹרה כ ֹו ֶללֶת כָל הַ טוֹבוֹת שֶ ּבָ ע ֹולָם" – ווייל דער הייליגער
"תורה" הק' פארמאגט דאך אין זיך אלע געשמאקייטן וואס עס איז נאר דא
עח
אליעזר כי ת בוא נעימות
אויף דער וועלט ,און אויב ווילסטו דאס שפירן ,דעמאלט'ס זאלסטו נאך גיין
דער הייליגער תורה הק'.
און דאס זאגן מיר דאך שוין טאקע אלע א יעדן שבת מברכים ביי ראש
חודש בענטשן ,ווייל מיר זאגן דאך שוין אלע א יעדן שבת מברכים ביי ראש
חודש בענטשן ,אז אויב עס איז" :חַ ּיִּ ים שֶ תְ הֵ א בָ נּו ַאהֲבַ ת תו ָֹרה וְ י ְִּרַאת
שָ מַ יִּם" – אז אויב לעבט מען א לעבן פוןַ" :אהֲבַ ת תו ָֹרה" אוןַ" :אהֲבַ ת י ְִּרַאת
שָ מַ יִּם"[ ,און דער הייליגער מאור ישראל מסקולען זצ"ל פלעגט דאך שוין
טאקע שטענדיג זאגן ,אז א יודיש קינד דארף פארמאגן אין זיך סייַ" :אהֲבַ ת
תו ָֹרה" און סייַ" :אהֲבַ ת י ְִּרַאת שָ מַ יִּם"] ,דעמאלט'ס וועט זיך שוין
אטאמאטיש נאך שלעפן נאך דעם א" :חַ ּיִּ ים שֶ ּיְ מַ לֵא יהו-ה אֶ ת כָל ִּמ ְשאֲלוֹת
לִּ ּבֵ נּו לְ טוֹבָ ה":
יתנִּ י
יתי ְככֹל אֲ ֶשר ִּצ ִּו ָ
ָע ִּש ִּ
לֹא ָאכַ לְ ִּתי ְבאֹנִ י ִמ ּ ֶׁמנּ ּו ְולֹא ִב ַע ְר ִּתי ִמ ּ ֶׁמנּ ּו ְּב ָטמֵ א ְולֹא נָ ַת ִּתי ִמ ּ ֶׁמנּ ּו
יתנִ י :ווען
שר ִצ ִ ּו ָ
יתי ְּככֹל אֲ ֶׁ
קול יהו-ה אל ָֹקי ָע ִש ִ
שמַ ְע ִּתי ְּב ֹ
לְ מֵ ת ָ
מען לערנט דעם פסוק דא ווערט דאך לכאורה שווער א מורא'דיגע קשיא,
ווייל ווי אזוי קען א יוד זאגן נאך דעם וואס ער האט מקיים געווען די מצוה
פון אויס רייניגן פון זיין שטוב אלע מעשרות[ ,מעשר ראשון און מעשר שני,
און די דריטע יאר מעשר עני] ,אז" :עָ ִּשיתִּ י כְ כֹ ל אֲשֶ ר צִּ ּוִּ יתָ נִּי" – אז..
הייליגער באשעפער ,איך האב געטוהן אלעס וואס דו האסט מיר באפוילן
צו טוהן ,קען מען דען זאגן אזא זאך!?..
עט
אליעזר כי ת בוא נעימות
איז דען שייך צו זאגן אז א יוד וואס האט געברענגט אביסעל'ע "מעשר"
"מצְ וַת הַ תו ָֹרה" בשלימות עד כדי כך ..אז ער זאל זיך
האט געטוהן אלעִּ :
מעגן ָאן רופןּ" :בְ רֵ יש גְ לֵי" אז איך האב געטוהן" :כְ כֹ ל" אֲשֶ ר צִּ ּוִּ יתָ נִּי – איך
האב געטוהן "אלעס" וואס דו האסט מיר באפוילן צו טוהן!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין אויף די
ווערטער" :עָ ִּשיתִּ י כְ כֹ ל אֲשֶ ר צִּ ּוִּ יתָ נִּי" ,אז דאס מיינט צו זאגן ,אזָֹ " :שמַ ְחתִּ י
וְ ִֹּשמַ ְחתִּ י ּבוֹ" – אז איך האב זיך געפריידט מיט די עצם מצוה ,און איך האב
אויך דער פריידט אנדערע מיט דעם ,וואס הייסט אז ער האט אויך דער
פריידט אנדערע מיט דעם!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,אז די סיבה פארוואס ער האט אויך דער פריידט
אנדערע מיט דעם איז ,ווייל ער האט דאך דא געגעבן מעשרות פאר די
"כהן" ,און פאר די "לוי" ,און פאר די "עני".
"ש ְמחָ ה שֶ ל ִּמצְ וָה"] אויך פריילעך
נו ..האט ער דאך [חוץ פון זיין עצםִּ :
געמאכט א צווייטע יוד ,ווייל ער האט דאך דא מחיה געווען אנדערע יודישע
קינדער ,ווייל דער "כהן" האט דאך באקומען צו עסן דורך איהם ,און דער
"לוי" האט דאך אויך באקומען צו עסן דורך איהם ,און דער "ארימאן" האט
דאך אויך באקומען צו עסן דורך איהם.
און וועגן דעם זאגט אונז טאקע רש"י הק' ,אז דו ווייסט פארוואס דער יוד
קען זיך אויף שטעלן און זאגן פארן אייבערשטן אז" :עָ ִּשיתִּ י כְ כֹ ל אֲשֶ ר
צִּ ּוִּ יתָ נִּי" !?..דו ווייסט פארוואס!?..
פ
אליעזר כי ת בוא נעימות
איך וועל דיר זאגן פארוואס ,וויילָֹ " :שמַ ְחתִּ י וְ ִֹּשמַ ְחתִּ י ּבוֹ" – ווייל ער האט
"ש ְמחָ ה" האט ער אויך
זיך אליין פריילעך געמאכט ,און צוזאמען מיט זייןִּ :
פריילעך געמאכט א אנדערע יודיש קינד!..
און דאס איז דאך די "גאנצע" זאך וואס דער אייבערשטער וויל האבן פון
דיר ר' יוד ,ווייל דער אייבערשטער וויל פון דיר ,אז קודם זאלסטו זיך אליין
פראבירן פריילעך צו מאכן ,און דערנאך זאלסטו שוין דער פרייען אנדערע
יודישע קינדער.
און דאס איז דאך בעצם די "גאנצע" תורה ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין
טאקע בפירוש אין פסוק אין פרשת קדושים (קפיטל י"ט פסוק י"ח) ,אז:
"וְ ָאהַ בְ תָ לְ רֵ עֲָך כָמוָֹך" – אז דו זאלסט ליב האבן דיין חבר אזוי ווי דו האסט
זיך אליין ליב ,און דאס וויל דערֲ " :אנִּי יהו-ה" פון דיר ,און" :זֶה כְ לַל גָדוֹל
ּבַ תו ָֹרה" – און דאס איז דאך בעצם "כולל" די גאנצע תורה ,ווייל אויב
האסטו פריילעך געמאכט דיין חבר ,דעמאלט'ס קענסטו זיך אויף שטעלן
און זאגן פארן הייליגן באשעפער אז" :עָ ִּשיתִּ י כְ כֹ ל אֲשֶ ר צִּ ּוִּ יתָ נִּי" – אז איך
האב געטוהן אלעס וואס דו האסט מיר געהייסן טוהן ,ווייל די רצון השם
איז ,אז עס זאל הערשןַ" :אחֲדּות" און" :שָ לוֹם" צווישן יודישע קינדער.
און ווען דאס גייט אביסל ארויס פון אירע גרעניצן ,דעמאלט'ס קומט ח"ו א:
"חֻ ְרּבַ ן ּבֵ ית הַ ִּמ ְק ָדש" ,און ממילא" :וְ ָאהַ בְ תָ לְ רֵ עֲָך" – האב ליב דיין חבר,
אבער דאס מיינט נישט אז דו זאלסט איהם ליב האבן און זאגן אז בסדר..
איך האב ליב א צווייטע יוד ,ניין ניין ניין ,ליב האבן מיינט ,אז ..מאך איהם
פריילעך ,און דער פריי זיין צובראכענ'ע הארץ ווען עס איז צובראכן ,און:
פא
אליעזר כי ת בוא נעימות
"כָמוָֹך" – און דער פריי דיין חבר פונקט אזוי ווי דו וואלס'ט זיך אליין
געוואלט פריילעך מאכן.
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז פונקט אזוי ווי דו
וואלס'ט זיך אליין געוואלט פריילעך מאכן ווען עס גייט דיר שווער ,אזוי
אויך זאלסטו אויך פריילעך מאכן דיין חבר ווען עס גייט איהם שווער ,און:
"זֶה כְ לַל גָדוֹל ּבַ תו ָֹרה" – און דאס איז "כולל" די גאנצע תורה ,ווייל אויב
טוסטו דאס ,דעמאלט'ס ביזטו דאך צו געקומען צו די "תכלית" פון די
גאנצע תורה.
ווייל עס ווערט דאך שוין געברענגט אין די גמרא (שבת דף :ל"א ע"א) א
מורא'דיגע מעשה פון הלל הזקן ,אז עס איז געקומען אמאל א גוי צו הלל
הזקן ,און דער גוי האט געבעטן הלל הזקן אז ער זאל איהם אויס לערנען די
גאנצע תורה אזוי שנעל ווי לאנג ער שטייט אויף איין פוס.
האט איהם הלל הזקן געזאגט ,אז זיכער ..איך וועל דיר שוין אויס לערנען די
גאנצע תורה ,און הלל הזקן האט זיך ָאן גערופן צו דער גוי און געזאגט ,אז
הער מיר צו ,די גאנצע תורה איז ,איין זאך ,די איין זאך איז ,אז" :וְ ָאהַ בְ תָ
לְ רֵ עֲָך כָמוָֹך" – אז דו זאלסט ליב האבן דיין חבר אזוי ווי זיך אליין.
איי ..וועסטו אבער פרעגן ,אז וואס מיינט ליב האבן א חבר אזוי ווי זיך
אליין !?..וועל איך דיר זאגן וואס מיינט ליב האבן א חבר אזוי ווי זיך אליין,
ליב האבן א חבר ווי זיך אליין מיינט ,אז" :מַ ה ַד ֲעלְָך סָ נֵי לְ חַ בְ ָרְך לָא תַ עֲבִּ יד"
– אז וואס דו ווילס'ט נישט אז מען זאל טוהן פאר דיר ,זאלסטו נישט טוהן
פאר דיין חבר ,ווייל דאס איז די גאנצע תורה ,נישט וויי טוהן א צווייטן ,נאר
פב
אליעזר כי ת בוא נעימות
פארקערטָֹ " :שמַ ְחתִּ י וְ ִֹּשמַ ְחתִּ י ּבוֹ" – מאך זיך פריילעך ,און נאך דעם מאך
פריילעך דיין חבר.
און עס קומט דאך אויס פון רש"י הק' ,אז ווען א יוד איז מחיה א צווייטע
יוד ,קען ער זיך דעמאלט'ס גלייך אויף שטעלן און זאגן פארן הייליגן
באשעפער אז" :עָ ִּשיתִּ י כְ כֹ ל אֲשֶ ר צִּ ּוִּ יתָ נִּי" – אז איך האב געטוהן אלעס וואס
דו האסט מיר געהייסן טוהן !..און דו ווייסט פארוואס !?..וויילָֹ " :שמַ ְחתִּ י
וְ ִֹּשמַ ְחתִּ י ּבוֹ" – ווייל איך האב מחיה געווען א צווייטע יוד וואס איז" :נ ְֶחצַ ב
ִּמתַ חַ ת כִּ סֵ א הַ כָבוֹד".
נו ..פרעג איך דיר ,מחיה זיין א" :יְצִּ יר כַפָ יו שֶ ל הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא" איז דען
א קלייניקייט !?..וויפיל דארפן מיר זיך ארויס לערנען פון דעם וואס דאס
מיינט מאכן גוט שפירן א צווייטע יוד ,און וויפיל דארפן מיר זיך ארויס
לערנען פון דעם וואס דאס מיינט דער פרייען א יודישע נשמה וואס איז:
"נ ְֶחצַ ב ִּמתַ חַ ת כִּ סֵ א הַ כָבוֹד".
און מען זעהט דאך שוין טאקע אין דער הייליגער תורה הק' ,אז דער
אייבערשטער האט געלייגט דריי סארטן יודן איינער לעבן דעם צווייטן,
ווייל מיר געפונען דאך ביי די סדר האל"ף בי"ת אז דער אייבערשטער האט
געלייגט די אותיות יו"ד כ"ף און למ"ד איינער לעבן דעם צווייטן ,און די
אות יו"ד גייט דאך ארויף אויף אִּ " :י ְש ָראֵ ל" ,און די אות כ"ף גייט דאך
ארויף אויף א" :כֹ הֵ ן" ,און די אות למ"ד גייט דאך ארויף אויף אֵ " :לוִּ י".
און מיר זעהען דאך ,אז דער אייבערשטער האט זיי געלייגט איינער לעבן
דעם צווייטן( ,כסדר הזה ,יו"ד כ"ף למ"ד) ,אבער פארוואס !?..פארוואס
פג
אליעזר כי ת בוא נעימות
האט דער אייבערשטער דוקא געלייגט די דריי אותיות איינער לעבן דעם
צווייטן!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,ווייל דער אייבערשטער האט אונז געוואלט
ווייזן מיט דעם ,אז יודישע קינדער מוזן זיך שטענדיג האלטן צוזאמען און:
"ּבְ ַאחֲדּות" ,ווייל אויב נישט ,ווערן זיי דעמאלט'ס ח"ו אויס" :כֵלִּ י" וואס די
ווארט" :כֵלִּ י" – איז דאך ראשי תיבות" :כֹ הֵ ן ֵלוִּ י ִּי ְש ָראֵ ל" ,און זיי ווערן
דעמאלט'ס ח"ו אויס" :כֵלִּ י מּוכָן לְ קַ ּבֵ ל פְ נֵי ְמ ִּשיחַ צִּ ְדקֵ נּו" ,און זיי פארלירן
דעמאלט'ס ח"ו דעם זכות פון צו קענען אויס געלייזט ווערן.
ווייל אונזערע הייליגע חכמים זכרונם לברכה האבן דאך שוין אריין געשריגן
הונדערט'ער יארן אין אונזערע אויער'ן ,אז די שליסל צו ברענגען" :מָ ִּשיחַ
צִּ ְדקֵ נּו" איז נאר דורך איין זאך ,דורך דעם" :וְ ָאהַ בְ תָ לְ רֵ עֲָך כָמוָֹך" – דורך
דעם וואס דו וועסט ליב האבן דיין חבר אזוי ווי דו האסט זיך אליין ליב.
ווייל דאס איז די "גאנצע" תורה ,נישט וויי טוהן א צווייטן ,נאר פארקערט:
" ָֹשמַ ְחתִּ י וְ ִֹּשמַ ְחתִּ י ּבוֹ" – מאך זיך אליין פריילעך ,און נאך דעם מאך
פריילעך דיין חבר ,און ווען א יוד איז מחיה א צווייטע יודיש קינד ,קען ער
זיך דעמאלט'ס גלייך אויף שטעלן און זאגן פארן הייליגן באשעפער ,אז:
"עָ ִּשיתִּ י כְ כֹ ל אֲשֶ ר צִּ ּוִּ יתָ נִּי" – אז איך האב אויס געפירט דיין רצוןּ" :בְ תַ כְ לִּ ית
הַ ְשלֵמּות" ,און דו ווייסט פארוואס!?..
וויילָֹ " :שמַ ְחתִּ י וְ ִֹּשמַ ְחתִּ י ּבוֹ" – ווייל איך האב מחיה געווען א צווייטע
יודיש קינד מיט א שמייכל און מיט א גוט ווארט ,און דאס איז די גאנצע
"תורה" – און דאס איז די גאנצע "הוראה" וואס א יוד דארף צו וויסן.
פד
אליעזר כי ת בוא נעימות
אבער לאמיר אריין טראכטן א מינוט אין די מעשה וואס מיר האבן פריער
אראפ געברענגט פון הלל הזקן ,ווייל וואס שטייט דא אין די מעשה פון הלל
הזקן מיט דעם גוי !?..אין דעם הייליגן מעשה וואס ווערט געברענגט אין די
גמרא (שבת דף :ל"א ע"א) שטייט ,אז די הייליגע תנא "הלל הזקן" האט
געזאגט פאר א נידריגע "גוי" וואס איז נאך געווען אזוי ווייט פון די מקור
הקדושה ,אז דער הייליגער תורה הק' איז ,איין זאך ,אז" :מַ ה ַד ֲעלְָך סָ נֵי
לְ חַ בְ ָרְך לָא תַ עֲבִּ יד" – אז וואס דו ווילס'ט נישט אז מען זאל טוהן פאר דיר,
זאלסטו נישט טוהן פאר דיין חבר.
און דאס האט ער געזאגט פאר א "גוי" ,איז על אחת כמה וכמה קל וחומר
בן בנו של קל וחומר ..ווען מען רעדט צו א ערליכע פרומע יוד ,דארף דאך
דער ענין פוןַ" :אהֲבַ ת י ְִּש ָראֵ ל" ברענען און פלאקער'ן ביי איהם אין הארץ,
און ח"ו קיינמאל נישט עובר זיין אויף דעם" :מַ ה ַד ֲעלְָך סָ נֵי לְ חַ בְ ָרְך לָא
תַ עֲבִּ יד" ,נאר פארקערט ,גיי נאך העכער איןַ" :אהֲבַ ת י ְִּש ָראֵ ל" ,און זוך צו
דער פרייען נאך א יודיש קינד ,און נאך א" :חֵ לֶק אֱֹלקַ י ִּממַ עַ ל" וואס איז פאר
צער'ט.
ווייל וואס איז דען א יודיש קינד אויב נישטַ" :אהֲבַ ת י ְִּש ָראֵ ל" !?..די ווארט:
"ַאהֲבָ ה" – איז דאך גימטריא" :אֶ חָ ד" !?..ווייל יא ר' יוד ,אויב ווילסטו זיין
נאנט צום אייבערשטן ,מוזטו זיך דעמאלט'ס פירןּ" :בְ ַאהֲבָ ה" וְ ַא ֲחוָה וְ שָ לוֹם
וְ רֵ עּות ,ווייל נאר אויב מען לעבטּ" :בְ שָ לוֹם ּובְ שַ לְ וָה" קען מען דעמאלט'ס
זוכה זיין אז די תפילות זאלן ָאן גענומען ווערן אויבן אין הימל.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין די ווארט" :שַ לְ וָה" ,ווייל
די ווארט" :שַ לְ וָה" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות" :הַ ב ָלן ְשאִּ לְ תִּ ין
פה
אליעזר כי ת בוא נעימות
ּו בָ עּותִּ ין" ,ווייל ..יא ,אויב עס איז דא" :שָ לוֹם וְ שַ לְ וָה" צווישן יודישע
קינדער און עס הערשט אַ" :אחֲדּות" צווישן יודישע קינדער ,קען מען
דעמאלט'ס זוכה זיין צו דעם ברכה פון" :הַ ב ָלן ְשאִּ לְ תִּ ין ּובָ עּותִּ ין" – אז דער
אייבערשטער זאל אונז נאך געבן אונזערע תפילות און בקשות ,און" :וִּ ימַ לֵא
יהו-ה כָל ִּמ ְשאֲלוֹת לִּ ּבֵ נּו לְ טוֹבָ ה וְ לִּ בְ ָרכָה":
ָשמֹר ֶאת ָכל ַה ִּמ ְצוָ ה
שמֹר ֶׁאת ּ ָכל הַ ִּמ ְצוָ ה
ֹשה ְוזִ ְקנֵי יִ ְש ָר ֵאל ֶׁאת הָ ָעם לֵאמֹר ָ
וַ יְ צַ ו מ ֶׁ
אֲ ֶׁשר ָאנ ִֹכי ְמצַ ֶׁ ּוה ֶׁא ְתכֶׁ ם הַ י ֹּום :לכאורה איז דאך שווער דא א
מורא'דיגע קשיא ,ווייל פארוואס שטייט דא אין פסוק אז :שָ מֹ ר אֶ ת כָל
"הַ ִּמצְ וָה" – אז היט אפ די גאנצע "מצוה" ,עס וואלט דאך לכאורה
געדארפט שטיין דא אין פסוק ,אז :שָ מֹ ר אֶ ת כָל "הַ ִּמצְ וֹת" – אז היט אפ אלע
"מצוות" ,אדער וואלט געדארפט שטיין דא אין פסוק ,אז :שָ מֹ ר אֶ ת
"הַ ִּמצְ וָה" – אז היט אפ די מצוה ,וואס איז אבער פשט פון דעם לשון :שָ מֹ ר
אֶ ת "כָל הַ ִּמצְ וָה" – אז היט אפ די גאנצע מצוה!?..
נאר מען קען לכאורה פאר ענטפער'ן די קשיא על פי דאס וואס די הייליגע
רמב"ם שרייבט גאר א לאנגע תשובה אויף א מורא'דיגע קשיא וואס עס איז
איהם שווער געווען ,ווייל עס איז דאך שווער געווען פארן הייליגן רמב"ם
אזא קשיא ,אז ווי אזוי קען שטיין אין דער הייליגער תורה הק' א לשון פון
"הגשמה" אויף דעם הייליגן באשעפער!?..
פו
אליעזר כי ת בוא נעימות
עס איז דאך דא א פסוק אין דער הייליגער תורה הק' אין פרשת שמות
(קפיטל ד' פסוק י"ד) ,אז" :וַּיִּ חַ ר ַאף יהו-ה ּבְ מֹ שֶ ה" – אז דער אייבערשטער
איז געווארן "ברוגז" אויף משה רבינו ,איז דען שייך ביים אייבערשטן א:
"חֲרוֹן ַאף" !?..דער אייבערשטער ווערט דען ברוגז !?..דער אייבערשטער
האט דען אינערליכ'ע געפילן אזוי ווי א פשוט'ע מענטש!?..
דער אייבערשטער איז דאך בכלל נישט אין די גדר פון מענטשליכ'ע השגות,
אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע א יעדן טאג ביי די דרייצן אני מאמינ'ס,
אזֲ " :אנִּי מַ א ֲִּמין ּבֶ אֱמּונָה ְשלֵמָ ה" – אז איך גלייב מיט א גאנצע" :אֱמּונָה"
אז" :שֶ הַ ּבוֹרֵ א יִּתְ ּבָ ַרְך ְשמ ֹו אֵ ינ ֹו גּוף" – אז דער אייבערשטער איז נישט קיין
גוף ,און נישט נאר דעם ,נאר" :וְ ֹלא י ִַּשיגּוהּו מַ ִּשיגֵי הַ גּוף" – נאר ער איז
אפילו נישט אין די "גדר" פון די השגות פון א גוף.
נו ..עס גייט דען ָאן פארן אייבערשטן ווען א מענטש טוט א זאך וואס איז
נישט אינגאנצן אויס געהאלטן !?..אדער ח"ו ווען א מענטש טוט א
עבירה !?..עס גייט דען ָאן פארן אייבערשטן!?..
[און עס איז כדאי ָאן צו מערקן דא בדרך אגב ,אז אוודאי שטייט אין די
ספרים הק' ,אז ווען א יודיש קינד טוט א עבירה ח"ו ,ווערט דעמאלט'ס א
פגם אויבן אין אלע וועלט'ן ,און עס נעמט אוועק די חיות פון אלע וועלט'ן,
אוודאי אוודאי אוודאי ,און עס איז הונדערט פראצענט אמת ,אבער די קשיא
דא איז ,אז] ביים אייבערשטן איז דאך נישט שייך אז ער ווערט ברוגז ,ווייל
ביים אייבערשטן איז דאך נישט שייך קיין" :מַ ִּשיגֵי הַ גּוף" ,און דער
אייבערשטער איז דאך בכלל נישט" :נִּתַ ן לְ הַ ִּשיג ּבְ הַ שָ גַת הַ גּוף" – מען קען
פז
אליעזר כי ת בוא נעימות
דאך איהם בכלל נישט משיג זיין אין אונזערע קליינע השגות ,ווייל דער
אייבערשטער לאזט זיך דאך נישט אראפ צו קיין" :מַ ִּשיגֵי הַ גּוף".
און מיר "קענען" דאך בכלל נישט האבן קיין השגה אין דעם אייבערשטן,
און מיר "טארן" דאך נישט האבן קיין השגה אין דעם אייבערשטן ,ווייל מיר
קענען דאך נישט פארשטיין מיט אונזערע קליינע קעפעל'עך ווער עס איז
ֱֹלקים" אֵ ין עוֹד ִּמלְ בַ ד ֹו – די
דער :אַ תָ ה הָ ְראֵ תָ ל ַָדעַ ת כִּ י "יהו-ה הּוא הָ א ִּ
אמת'ע מציאות ,און די אמת'ע כח ,ווייל מיר זענען דאך צו קליין פאר דעם,
און פארטיג.
און דער הייליגער רמב"ם רופט ָאן דער אייבערשטער דער" :מָ צּוי" – דער
אייבערשטער איז די אמת'ע "מציאות" אויף דער וועלט ,און" :וְ אֵ ין שּום
ְמצִּ יאּות ִּמּבַ לְ עָ ֶדיָך יִּתְ ּבָ ַרְך כְ לָל" – און אויף קיין שום זאך פאסט זיך דאך
נישט די ווארט "מציאות" חוץ אויפן אייבערשטן ,ווייל דער אייבערשטער
איז דאך די איינציגסט'ע אמת'ע "מציאות" ,און אלעס אנדערש איז דאך
נישט קיין אמת'ע מציאות'ן ,ווייל אלעס אנדערש איז דאך נאר" :נִּבְ ָראִּ ים" –
באשעפעניש'ן וואס איז באשאפן געווארן פון א אנדערע זאך.
ווייל עס ווערט דאך שוין געברענגט אין חז"ל (זוהר חדש פ' בראשית דף :י'
ע"א) ,אז אלעס אויף דער וועלט האט אין זיך די פיר יסודות פון :א) "אֵ ש",
ב) "מַ יִּם" ,ג) "רּוחַ " ,ד) "עָ פָ ר" ,און א יעדע זאך וואס עס איז נאר דא אויף
דער וועלט איז באשאפן געווארן פון א אנדערע" :יֶש" ,און ממילא וואס
ביזטו !?..דו ביזט א "מציאות" !?..דו ביזט סך הכל א בעשעפעניש וואס
איז באשאפן געווארן פון א אנדערע" :יֶש" – פון די ד' יסודות.
פח
אליעזר כי ת בוא נעימות
און עס איז אמת טאקע אז עס איז נאר דא איין באשעפער אויף דער וועלט,
אבער מיר קענען איהם נישט משיג זיין ,ווייל דער אייבערשטער לאזט זיך
דאך נישט אראפ צו אונזערע השגות ,ווייל ער איז דאך אסאך אסאך העכער
פון דעם ,און ממילא וועגן דעם קען איך איהם נישט משיג זיין ,ווייל איך
בין דאך נאר א" :נִּבְ ָרא" – איך בין דאך נאר א "באשעפעניש" וואס איז
באשאפן געווארן פון א אנדערע זאך ,אבער משא"כ דער הייליגער
באשעפער איז דאך דער אמת'ע "מציאות" וואס עס איז נאר פארהאנען.
און עס שטייט דאך שוין טאקע אין די ספרים הק' ,אז וואס איז:
"אֱמּונָה" !?..און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז" :אֱמּונָה" איז נישט אז
איך "פארשטיי" ווער דער אייבערשטער איז ,ניין ניין ניין ,נאר" :אֱמּונָה"
איז ,אז איך "גלייב" אין דעם" :כֹל יָכוֹל" ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין
אנדערע ווערטער ,אז איך גלייב אז עס איז דא א כח פון אויבן וואס פירט א
יעדע רגע די גאנצע וועלט ,און ער געבט "חיות" פאר א יעדע זאך א יעדע
רגע פון דעם טאג ,און מיר זענען סך הכל קליינטשיג'ע באשעפעניש'ן ,און
ממילא וועגן דעם ווייסן מיר נאר איין זאך ,און דאס איז ,אז" :אַ תָ ה הָ ְראֵ תָ
ֱֹלקים אֵ ין עוֹד ִּמלְ בַ דוֹ" ,איי ..ווער איז דער:
ל ַָדעַ ת כִּ י יהו-ה הּוא הָ א ִּ
"מלְ בַ דוֹ" !?..איך ווייס נישט ,איך ווייס נישט ווער דאס איז ,און איך "קען"
ִּ
נישט וויסן ווער דאס איז ,ווייל דער אייבערשטער לאזט זיך דאך נישט
אראפ אין קיין" :מַ ִּשיגֵי הַ גּוף".
איי ..וועט איינער אבער פרעגן ,אז אויב אזוי ..איז ווי אזוי קען דעמאלט'ס
שטיין אין דער הייליגער תורה הק' דעם לשון אזַ " :וי ְַדּבֵ ר יהו-ה" – אז דער
פט
אליעזר כי ת בוא נעימות
אייבערשטער האט גערעדט ,און אז" :וַּיִּ חַ ר ַאף יהו-ה" – און אז עס איז
געווען א" :חֲרוֹן ַאף" ,עס זעהט דאך אויס ווי" :מַ ִּשיגֵי הַ גּוף"!?..
די גאנצע תורה הק' וואלט דאך לכאורה געדארפט זיין געשריבן אויף עפעס
א העכער'ע בחינה ,און לכל הפחות ווען עס קומט צו רעדן פון דעם
אייבערשטן לגבי "השגות הגוף" [ווי למשל ..ביי דעם פסוק פון" :וַּיִּ חַ ר ַאף
יהו-ה ּבְ מֹ שֶ ה"]!?..
עס וואלט דאך לכאורה געדארפט שטיין דארטן ,אז עפעס א געוויסע:
"הִּ תְ גַלּות" פון אויבן האט אין א געוויסע בחינה געזאגט אזוי און אזוי ,ווייל
ביים אייבערשטן איז דאך נישט דא קיין רעדן און זאגן ,ווייל דער
אייבערשטער האט דאך נישט קיין" :מַ ִּשיגֵי הַ גּוף"!?..
און עס זענען דא אסאך מפרשים וואס ווילן ענטפער'ן פשוט ,אז דו ביזט
גערעכט טאקע אז עס איז נישט שייך ביים הייליגן באשעפער קיין רעדן און
זאגן און זיך רעגן ,און דער הייליגער תורה הק' וואלט טאקע בעצם
געדארפט שטיין אויף העכער'ע בחינות ,אבער די אלע לשונות וואס דו
זעהס'ט זענען דאך נאר" :כְ ֵדי לְ שַ ּבֵ ר אֶ ת הָ אֹ זֶן" – כדי אז אונז קליינע
מענטשן זאלן האבן עפעס א השגה פון וואס מען רעדט דא בכלל.
אבער דער הייליגער רמב"ם מוטשע'ט זיך גאר שטארק מיט געוויסע
פלעצער אין דער הייליגער תורה הק' וואו עס שטייט יא גאר שווערע
לשונות פון "הגשמה" אויפן הייליגן באשעפער ,און די תרגום אונקלוס
טייטש'ט דארטן אנדערש ווי זיין געווענטליכ'ן כלל.
צ
אליעזר כי ת בוא נעימות
און דאס מיינט צו זאגן אזוי ,אז אוודאי ווייס איך שוין אז ווען עס שטייט
אין דער הייליגער תורה הק' די ווערטערַ " :וי ְַדּבֵ ר יהו-ה" – אז דער
אייבערשטער האט גערעדט ,און די אונקלוס טייטש'ט דאס אפ מיט די
ווערטערּ" :ומַ לִּ יל יהו-ה" ,מיינט דאס נישט דעמאלט'ס אז דער
אייבערשטער האט פשוט גערעדט ,נאר דאס מיינט דעמאלט'ס עפעס
אנדערש ,נאר כדי אז איך זאל האבן עפעס א השגה וואס עס טוט זיך דא
בכלל ,דארף מען וועגן דעם שרייבן אזַ " :וי ְַדּבֵ ר יהו-ה" – אז דער
אייבערשטער האט גערעדט.
אבער דאס מיינט נישט ח"ו צו זאגן אז דער אייבערשטער האט גערעדט,
נאר די לשוןַ " :וי ְַדּבֵ ר יהו-ה" איז נאר" :כְ ֵדי לְ שַ ּבֵ ר אֶ ת הָ אֹ זֶן" – כדי אז אונז
קליינע מענטשן זאלן האבן עפעס א השגה פון וואס מען רעדט דא בכלל.
אבער די פראבלעם איז ,אז די תרגום אונקלוס אליין טייטש'ט נישט
אלעמאל לויט זיין געווענטליכ'ע כלל ,ווייל ווען עס שטייט למשל אין דער
הייליגער תורה הק' אז דער אייבערשטער האט געזאגט אז" :אֵ רֲ ָדה נָא
וְ אֶ ְראֶ ה" – אז איך וועל אראפ נידער'ן קיין סדום און איך וועל זעהן,
דעמאלט'ס טייטש'ט שוין מער נישט די תרגום אונקלוס די ווערטער:
"אֵ רֲ ָדה נָא וְ אֶ ְראֶ ה" – אז איך וועל אראפ נידער'ן און איך וועל זעהן ,נאר די
תרגום אונקלוס שרייבט שוין דעמאלט'ס א נייע סארט לשון ,די תרגום
אונקלוס שרייבט דעמאלט'ס ,אז די טייטש פון די ווערטער" :אֵ רֲ ָדה נָא
וְ אֶ ְראֶ ה" איז ,אז דער אייבערשטער האט געזאגט ,אז" :אִּ תְ גְ לֵי כְ עַ ן" – אז
"דן" זיין ,און ער
איך וועל זיך איינפלעקן ,און" :וְ אֶ דּון" – און איך וועלַ :
הייבט ניט אמאל ָאן אפ צו טייטש'ן די ווערטער לפי פשוטו.
צא
אליעזר כי ת בוא נעימות
און פון דעם ווערן מיר דאך גאר שטארק צו מישט ,ווייל ווי אזוי טייטש'ט
מען אפ די ווערטער פון דער הייליגער תורה הק' !?..די תרגום אונקלוס
טייטש'ט דאך דאס אפ אמאל אזוי און אמאל אזוי ,ווייל אמאל טייטש'ט ער
אפ די ווערטער פון דעם פסוק "כפשוטו" ,און אמאל טייטש'ט ער אפ די
ווערטער פון דעם פסוק אויף הויעכ'ע "בחינות".
און איינער פון די פלעצער וואו די תרגום אונקלוס טייטש'ט אמאל אזוי און
אמאל אזוי איז ,אין פרשת ויצא (קפיטל כ"ח פסוק י"ג) ביי די חלום פון
יעקב אבינו ,ווייל ביי די חלום פון יעקב אבינו זעהט מען דאך שוין גאר א
אינטרעסאנט'ע זאך ,מען זעהט דארטן ,אז די תרגום אונקלוס טייטש'ט "אין
איין חלום" אמאל אזוי און אמאל אזוי.
ווייל די תרגום אונקלוס טייטש'ט דאך אפ די ווערטער" :וְ הִּ נֵה יהו-ה נִּצָ ב
"מעַ תַ ד" עִּ לָווֹהִּ י – אז די
עָ לָיו" מיט די ווערטער :וְ הָ א "יְקָ ָרא" ַדיהו-ה ְ
"כבוד" פון דעם אייבערשטן איז "געשטאנען" איבער יעקב אבינו ,און פון
איין זייט זעהט זיך אויס אז די תרגום אונקלוס האט נישט געוואלט מייחס
זיין א לשון פון "הגשמה" אויפן הייליגן באשעפער ,און די ווערטער :וְ הָ א
"יְקָ ָרא" ַדיהו-ה איז דאך טאקע נישט די פשוט'ע טייטש פון די ווערטער:
"וְ הִּ נֵה יהו-ה נִּצָ ב עָ לָיו" ,אבער גלייך נאך דעם דערמאנט די תרגום אונקלוס
"מעַ תַ ד" עִּ לָווֹהִּ י – "געשטאנען" איבער איהם ,זעהט מען דאך
די ווערטערְ :
פון די חלום פון יעקב אבינו ,אז אפילו אין איין חלום האט די תרגום
אונקלוס געטייטש'ט אמאל אזוי און אמאל אזוי.
און ממילא דער תרגום אונקלוס וואלט דאך לכאורה געדארפט טייטש'ן
איבעראל" :עַ ל פִּ י ַד ְרכוֹ" – אזוי ווי ער טייטש'ט אייביג ,און נישט טייטש'ן
צב
אליעזר כי ת בוא נעימות
אמאל אזוי און אמאל אזוי ,און די קשיא דא איז אין אנדערע ווערטער ,אז
אדער טייטש'ט מען אייביג אז די "כבוד" פון דעם אייבערשטן האט זיך
באוויזן ,און אדער טייטש'ט מען פשוט אז דער "אייבערשטער" האט
גערעדט !?..און ממילא וואס גייט דא פָ אר!?..
ענטפערט דער הייליגער רמב"ם אויף דעם א פשוט'ע תירוץ ,און דער
הייליגער רמב"ם זאגט אונז אזוי ,אז דארטן וואו דער אייבערשטער אליין
זאגט אזָ" :אנֹ כִּ י אֵ רֵ ד עִּ ְמָך ִּמצְ ַריְמָ ה" – אז איך וועל אראפ גיין מיט די
יודישע קינדער קיין מצרים ,דעמאלט'ס האב איך נישט קיין שום פראבלעם
צו טייטש'ן די פשוט'ע טייטש פון די ווערטער.
ווייל אויב די דיבור פון דעם אייבערשטן איז אזוי געווען ,דעמאלט'ס האב
איך נישט קיין שום פראבלעם נאך צו זאגן די ווערטער און טייטש'ן די
ווערטערָ" :אנֹ כִּ י אֵ רֵ ד עִּ ְמָך ִּמצְ ַריְמָ ה" מיט די ווערטערֲ " :אנָא אֵ חוֹת עִּ מָ ְך
לְ ִּמצְ ַריִּם" – אז "איך" וועל אראפ גיין קיין מצרים צוזאמען מיט די יודישע
קינדער כפשוטו ממש ,אבער סתם אזוי ווען עס שטייט א לשון "הגשמה"
אויפן אייבערשטן ..קען מען נישט סתם אזוי טייטש'ן די פשוט'ע טייטש.
אבער למעשה ..ענטפערט נישט דער הייליגער רמב"ם קיין קלאר'ן תירוץ
אויף דעם ,נאר דער הייליגער רמב"ם שרייבט אזוי ,אז די אמת'ע וועג ווי
אזוי מען דארף אפ טייטש'ן דער הייליגער תורה הק' איז א "סוד" וואס נאר
גאר גרויסע יודן ווייסן ,און דער הייליגער רמב"ם איז דארטן גאר שטארק
מאריך א לענגער'ע צייט.
צג
אליעזר כי ת בוא נעימות
און סוף כל סוף זאגט דער הייליגער רמב"ם ,אז די אונקלוס האט זיך זיין
חשבון ווען ער טייטש'ט אזוי און ווען ער טייטש'ט אזוי ,און אין א יעדע
ענין טייטש'ט ער ווי אזוי עס דארף דארט ווערן געטייטש'ט ,און די כללים
זענען נישט אלעמאל אויס געהאלטן לויט א געוויסע וועג.
אבער גאר אסאך ראשונים בלייבן ווייטער מיט די קשיא ,און זיי פרעגן ,אז
פארוואס פעלט אויס די גאנצע געדרייט'ע נושא ,און פארוואס דארף מען
זיך מוטשענען ווי אזוי צו טייטש'ן א פסוק אין די תורה!?..
איינער פון די יסודות פון" :אֱמּונָה" איז דאך ,אז" :וְ ֹלא י ִַּשיגּוהּו מַ ִּשיגֵי
הַ גּוף" ,נו אויב אזוי ..דעמאלט'ס וואלט דאך דער הייליגער תורה הק'
געדארפט "לכתחילה" זיין געשריבן אויף א וועג וואס מען זאל דאס מעגן
זאגן פשוט כפשוטו.
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז פארוואס דארף שטיין
אזוי ,און די אונקלוס טייטש'ט עס אפ אזוי ,און עס מיינט נישט דאס ,נאר
עס מיינט דאס ,און די פראבלעם איז נאר אז מען מעג נישט שרייבן אזא
ווארט אויפן אייבערשטן ,וואס פעלט אויס די גאנצע מעשה !?..זאל דער
הייליגער תורה הק' זיין "לכתחילה" געשריבן אויף א וועג וואס מען זאל עס
מעגן זאגן ,און די גאנצע תורה זאל זיין געשריבן אויף הויעכ'ע
"בחינות"!?..
נאר איינער פון די ראשונים ענטפער'ן אויף דעם ,אז דו ביזט גערעכט טאקע
אז אריין לייגן דעם אייבערשטנ'ס נאמען אין "גשמיות" איז טאקע א
געפערליכ'ע זאך ,און זיך איין רעדן אז עס איז פארהאן ביים אייבערשטן:
צד
אליעזר כי ת בוא נעימות
"מַ ִּשיגֵי הַ גּוף" איז טאקע א געפערליכ'ע זאך ,אבער נאך ערגער איז ,ווען
מען פארגעסט בכלל אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט!..
און דאס מיינט דאך צו זאגן אזוי ,אז אויב וועל איך טייטש'ן די ווערטער:
"וַּיִּ חַ ר ַאף יהו-ה" – אז עפעס א געוויסע בחינה איז געווארן ברוגז אויף מיר,
דעמאלט'ס וועסטו זאגן אז ַאה ..עס איז נישט אזוי געפערליך ,ווייל איך בין
דאך א העכער'ע בחינה ווי דעם.
און ממילא וועגן דעם קען מען נישט שרייבן די נוסח פון דער הייליגער
תורה הק' אויף די אמת'ע וועג ווי אזוי עס איז טאקע געווען ,און מען קען
נישט שרייבן אין דער הייליגער תורה הק' אז א געוויסע בחינה פון" :ע ֹולָם
הָ אֲצִּ ילּות" איז געקומען צו משה רבינו אין א געוויסע" :הִּ תְ גַלּות" ,און משה
רבינו האט געהאט א געוויסע סארט" :הִּ תְ פַ ְשטּות הַ ג ְַש ִּמּיּות" ,און ער האט
געקענט שפירן רוחניות'דיגע השפעות ,און נאך דעם איז משה רבינו צוריק
אראפ געקומען אויף דער וועלט ,און ער האט עס איבער געטייטש'ט פאר
אונז ,און ער האט אונז געזאגט ,אז מיר זאלן לייגן א מזוזה אויפן טיר.
ווייל לאמיר זעהן ,דו גייסט יעצט לייגן א מזוזה אויף דיין טיר !?..ניין,
ווייל דו וועסט דאך דעמאלט'ס זאגן ,אז ַאה ..דאס איז די חשבון !?..עס איז
געווען אזא בחינה !?..איך בין דאך אסאך אסאך א העכער'ע בחינה ווי
דעם ,און ממילא וועגן דעם דארף איך נישט לייגן א מזוזה אויף מיין טיר,
ווייל איך בין דאך אסאך אסאך א העכער'ע בחינה ווי דעם.
און אויב איך וועל טייטש'ן די ווערטער" :וַּיִּ חַ ר ַאף יהו-ה" – אז א געוויסע
בחינה אויבן אין הימל איז געווארן ברוגז אויף מיר ,דעמאלט'ס וועל איך
צה
אליעזר כי ת בוא נעימות
זאגן ,אז ַאה ..עס נישט אזוי געפערליך ,ווייל איך בין דאך מחובר צום
אייבערשטן אויף אסאך א העכער'ע בחינה.
און ממילא כדי אז דו זאלסט זיין א ערליכע יוד ,דארפסטו דעמאלט'ס וויסן,
אז ווען דו טוס'ט א עבירה ,דעמאלט'ס ווערט א" :וַּיִּ חַ ר ַאף יהו-ה ּבָ כֶם",
און ..יא ,דער אייבערשטער ווערט דעמאלט'ס "ברוגז" אויף דירָ !..אן קיין
מעשיות !..און דאס דארף דיר זיין קלאר ,און דעם מעלדונג דארפסטו
באקומען ,אז ווען דו טוס'ט א עבירה ,ווערט דעמאלט'ס דער אייבערשטער
"ברוגז" אויף דיר.
און ווען דו וועסט עלטער ווערן ,וועט מען דיר שוין דעמאלט'ס מודיע זיין,
אז דו מיינס'ט טאקע אז עס גייט אמת'דיג ָאן פארן אייבערשטן וואס דו
טוס'ט !?..דו מיינס'ט טאקע אז דער אייבערשטער גייט ָאן אויב דו טוס'ט א
עבירה !?..און דו מיינס'ט טאקע אז אויבן אין הימל איז דא א היכל מיט
שיינע אויס געצירט'ע זאכן אזוי ווי דו האסט אין דיין שיינע פאלאץ!?..
קיינמאל נישט ,אויבן אין הימל איז א אנדערע זאך אינגאנצן ,דארטן איז א
פלאץ וואס" :צַ ִּד ִּיקים יו ְֹשבִּ ין וְ עַ ְטרוֹתֵ יהֶ ם ּבְ ָראשֵ יהֶ ם וְ ֶנ ֱהנִּין ִּמזִּ יו הַ ְשכִּ ינָה",
און דארטן איז דאך נישט דא די אלע נאריש'ע השגות וואס מיר מענטשן
האבן.
און מען קען דאך דאס בעצם אויס פראבירן ,ווייל געב נאר א פרעג א
מענטש אויפן גאס וואס דאס איז" :זִּ יו הַ ְשכִּ ינָה" !?..וועט ער דיר
דעמאלט'ס זאגן ,אז איך ווייס נישט ,אפשר איז דאס א געוויסע סארט
פאטעל !?..אבער על כל פנים ..עס איז נישט שייך ביים אייבערשטן די אלע
גשמיות'דיגע השגות.
צו
אליעזר כי ת בוא נעימות
און די זעלבע זאך איז דאך אויך לגבי "יענע וועלט" ,ווייל עס איז נעבעך דא
מענטשן וואס מיינען ,אז ווען זיי וועלן ארויף קומען אויף יענע וועלט נאך
הונדערט און צוואנציג יאר ,דעמאלט'ס וועט זיין אסאך צימער'ן ,און עס
וועט דעמאלט'ס זיין שווארצע מלאכים און ווייסע מלאכים.
אבער עס הייבט זיך דאך נישט ָאן ,ווייל אויבן אין הימל איז דאך נישט דא
קיין צימער'ן אזוי ווי מיר האבן דא ,און אויבן אין הימל איז דאך נישט דא
קיין שווארצע מלאכים מיט ווייסע מלאכים ,ווייל אויבן אין הימל איז דאך
אלעס" :כָל כֻל ֹו אֱֹלקּות" ,און עס איז דאך אסאך אסאך העכער פון אונזערע
השגות בכלל.
און ממילא וועגן דעם מוז שטיין אין דער הייליגער תורה הק' א לשון וואס
דו זאלסט מיינען אז דער אייבערשטער איז כאילו א" :גֶשֶ ם" ,ווייל אויב
נישט ,דעמאלט'ס וועסטו ָאן קומען מיט דיינע" :חָ כְ מוֹת" ,און דו וועסט
דעמאלט'ס זאגן ,אז מען האט מיר נישט געמיינט דא ,איי ..וועסטו אבער
פרעגן ,אז ווי אזוי קענסטו זאגן אז דער אייבערשטער איז א" :גֶשֶ ם" !?..עס
איז דאך אפיקורסות !?..די תירוץ אויף דעם איז ,ווייל "דו" ביזט דאך א:
"גֶשֶ ם" !..און ממילא וועגן דעם מוזטו האבן די הרגשה אז דו קענסט מאכן
א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן אייבערשטן ,און אז דו קענסט מאכן א" :חֲרוֹן ַאף"
פארן אייבערשטן ,און אזוי ווייטער ..אבער אין הארצן דארפסטו וויסן ,אז
דער אייבערשטער איז נישט קיין" :גֶשֶ ם" חס ושלום ,נאר דער אייבערשטער
איז אסאך אסאך העכער פון אונזער השגה.
און עס איז דאך שוין טאקע אויך באקאנט פאר א יעדעם איינעם ,אז עס
ווערט דאך שוין געברענגט אין די ספרים הק' ,אז א יודיש קינד דארף האבן
צז
אליעזר כי ת בוא נעימות
די" :תְ ִּמימּות" פון א "פרוי" ,ווייל ווען א פרוי טוט א מצוה ,דעמאלט'ס
טוט זי דאך דאס מיט א מורא'דיגע" :תְ ִּמימּות" ,ווייל זי קען דאך נישט צו
פיל לערנען ,און ממילא טוט זי נאר נאך וואס איר מאמע האט געטוהן ,און
זי טוט נאר וואס זי האט געזעהן ביי איר מאמע ,און זי ווייסט אפילו נישט
על פי רוב וואס עס איז די עיקר פון די מצוה ,און וואס מען מעג אויס לאזן.
און דאס דארפן מיר זיך אלע אפ לערנען פון א פרוי ,צו טוהן די מצוות פון
דעם אייבערשטן מיט א ריינע כוונה ,פשוט ..ווייל דער אייבערשטער האט
אזוי געהייסן ,און נישט ווייל איך פארשטיי טיפעַ " :כּוָנוֹת הַ ִּמצְ וֹת".
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק וואס עס
שטייט די וואך אין די פרשה אזַ " :ויְצַ ו מֹ שֶ ה וְ זִּ ְקנֵי י ְִּש ָראֵ ל אֶ ת הָ עָ ם לֵאמֹ ר
שָ מֹ ר אֶ ת כָל הַ ִּמצְ וָה" וגו' ,ווייל די ווערטער" :שָ מֹ ר אֶ ת ָכל הַ ִּמצְ וָה" – איז
דאך טאקע ראשי תיבות" :כְ אִּ שָ ה" – אזוי ווי א פרוי ,ווייל דער הייליגער
תורה הק' וויל דיר דא זאגן ,אז" :שָ מֹ ר אֶ ת ָכל הַ ִּמצְ וָה" – אז דו זאלסט אפ
היטן די גאנצע מצוה פון אנפאנג ביז'ן סוף" :כְ אִּ שָ ה" – פונקט אזוי ווי א
פרוי ,און פונקט אזוי ווי א פרוי טוט די גאנצע "מצוה" פון אנפאנג ביז'ן
סוף מיט א מורא'דיגע" :תְ ִּמימּות" ,און זי זוכט נישט קיין" :חָ כְ מוֹת" ,אזוי
אויך זאלסטו אויך זעהן אפ היטן די גאנצע מצוה פון אנפאנג ביז'ן סוף ,און
נישט זוכן קיין" :חָ כְ מוֹת".
און דער ענין טרעפט מען דאך טאקע נאר ביי א פרוי ,ווייל מיט איר גרויסע:
"תְ ִּמימּות" זוכט זי צו ענדיגן דאס דאווענען וויפיל זי קען נאר ,און זי טוט
דאס מיט א מורא'דיגע" :תְ ִּמימּות" ,אזוי אויך דו ..זאגט דיר דער הייליגער
תורה הק'" :שָ מֹ ר אֶ ת כָל הַ ִּמצְ וָה" – דו זאלסט אפ היטן א יעדע איינציגע
צח
אליעזר כי ת בוא נעימות
"מצוה" פון דער הייליגער תורה הק' ,און נישט "מצוות" ,נאר דו זאלסט
זעהן אפ צו היטן א יעדע איינציגע "מצוה" פון דער הייליגער תורה הק' פון
אנפאנג ביז'ן סוף" :אֲשֶ ר ָאנֹ כִּ י ְמצַ ּוֶה אֶ תְ כֶם הַ ּיוֹם":
ונְ ָתנְ ָך יהו-ה אֱ ל ֶֹק ָ
יך ֶע ְל ֹיון ַעל ָכל ג ֹויֵי ָה ָא ֶרץ
ַעש ֹות ֶׁאת ּ ָכל קול יהו-ה אל ֶֹׁק ָ
יך לִ ְשמֹר ל ֲ מו ַע ִּת ְשמַ ע ְּב ֹ
ש ֹ
ְוהָ יָ ה ִאם ָ
שר ָאנ ִֹכי ְמצַ ְ ּו ָך הַ י ֹּום ּונְ ָתנְ ָך יהו-ה אל ֶֹׁק ָ
יך ֶׁעלְ ֹיון ַעל ּ ָכל ִמ ְצ ֹו ָתיו אֲ ֶׁ
גּ ֹויֵי הָ ָא ֶׁרץ :גלייך נאך דעם דאזיג'ן פסוק שטייט ,אזּ" :ובָ אּו עָ לֶיָך כָל
הַ ּבְ ָרכוֹת הָ אֵ לֶה וְ הִּ ִּשיגָֻך כִּ י תִּ ְשמַ ע ּבְ קוֹל יהו-ה אֱֹלקֶ יָך" ,און די פסוק קומט
אונז דא ארויס ברענגען ,אז אויב א יודיש קינד לערנט דער הייליגער תורה
הק' ,און ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט ,אבער ער איז מקיים
"מצוות" ,דעמאלט'ס וועט איהם דער אייבערשטער סוף כל סוף העלפן ,און
ער וועט זוכה זיין צו האבן א השגה אין דער הייליגער תורה הק' ,און ער
וועט זוכה זיין צו פארשטיין דער הייליגער תורה הק'.
און דאס זאגט דאך אונז שוין טאקע די פסוק דא ,אז" :וְ הָ יָה אִּ ם שָ מוֹעַ
תִּ ְשמַ ע ּבְ קוֹל יהו-ה אֱֹלקֶ יָך" – אז אויב דו וועסט אויס הערן די קול פון דעם
אייבערשטן" :לִּ ְשמֹ ר ַלעֲשוֹת אֶ ת כָל ִּמצְ וֹתָ יו אֲשֶ ר ָאנֹ כִּ י ְמצַ ּוְ ָך הַ ּיוֹם" וגו' – צו
"מצְ וַת הַ תו ָֹרה" ,דעמאלט'ס וועט שפעטער זיין אז: מקיים זיין די הייליגעִּ :
"ּובָ אּו עָ לֶיָך כָל הַ ּבְ ָרכוֹת הָ אֵ לֶה וְ הִּ ִּשיגָֻך" ,און עס וועט קומען אויף דיר אלע
ברכות.
צט
אליעזר כי ת בוא נעימות
און עס שטייט דאך שוין טאקע אין די ספרים הק' ,אז די גרעסטעּ" :בְ ָרכָה"
איז דער הייליגער "תורה" הק' ,און די פסוק זאגט דאך אונז שוין טאקע
אויך אין פרשת ראה (קפיטל י"א פסוק כ"ז) ,אז" :אֶ ת הַ ּבְ ָרכָה" – אז די
עצםּ" :בְ ָרכָה" איז ,ווען" :אֲשֶ ר תִּ ְש ְמעּו אֶ ל ִּמצְ וֹת יְהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֲשֶ ר ָאנֹ כִּ י
ְמצַ ּוֶה אֶ תְ כֶם הַ ּיוֹם" – ווען א יודיש קינד הערט זיך צו צום קול פון דעם
"מצְ וַת הַ תו ָֹרה".
אייבערשטן ,און ער איז מקיים די הייליגעִּ :
און אזוי ענדיגט זיך שוין טאקע אויך די לעצטע פרשה פון חמשה חומשי
תורה פרשת "וזאת הברכה" ,אז" :וְ זֹאת הַ ּבְ ָרכָה" – אז דאס איז דיּ" :בְ ָרכָה",
וואס איז דיּ" :בְ ָרכָה"!?..
שטייט דאך שוין וועגן דעם ווייטער אין פסוק דארטן ,אזַ " :וּיֹאמַ ר יהו-ה
ִּמסִּ ינַי ּבָ א" וגו' און" :תו ָֹרה צִּ ּוָה לָנּו מֹ שֶ ה מו ָֹרשָ ה ְקהִּ לַת ַיעֲקֹ ב" ,ווייל ..יא,
דער הייליגער תורה הק' איז די גרעסטעּ" :בְ ָרכָה" פאר א מענטש ,און אויב:
"מסִּ ינַי ּבָ א" – און אויב קומסטו פון דעם בארג סיני און דו האלטס'ט ָאן ִּ
דעם הייליגן" :תו ָֹרה צִּ ּוָה לָנּו מֹ שֶ ה מו ָֹרשָ ה ְקהִּ לַת ַיעֲקֹ ב" ,דעמאלט'ס" :וְ זֹאת
הַ ּבְ ָרכָה" – דעמאלט'ס איז דאס די גרעסטעּ" :בְ ָרכָה" פאר דיר.
ווייל מיט דער הייליגער תורה הק' "קען" מען מאכן א לעבן אויף דער
וועלט ,און ָאן דער הייליגער תורה הק' קען מען "נישט" מאכן א לעבן אויף
דער וועלט ,און מיט דער הייליגער תורה הק' איז שורה אּ" :בְ ָרכָה ּבְ מַ עֲשֵ ה
י ְֵדיכֶם" ,און ָאן דער הייליגער תורה הק' איז "נישט" שורה קייןּ" :בְ ָרכָה
ּבְ מַ עֲשֵ ה י ְֵדיכֶם".
ק
אליעזר כי ת בוא נעימות
"מצְ וַת יהו-ה" אפילו דו קענסט
און אויב דו וועסט מקיים זיין די הייליגעִּ :
נישט קיין לערנען ,דעמאלט'ס וועסטו סוף כל סוף זוכה זיין צו פארשטיין
דער הייליגער" :תו ַֹרת יהו-ה" ,און" :וְ הִּ ִּשיגָֻך" – און דו וועסט זוכה זיין צו
באקומען א "השגה" אין דער הייליגער תורה הק'.
און די ווערטער" :כִּ י תִּ ְשמַ ע ּבְ קוֹל יהו-ה" – איז דאך ראשי תיבות" :כִּ תְ בֵ י",
און דא איז מרומז דעם געדאנק פון" :כִּ תְ בֵ י אֱֹלקֶ יָך" ,און דאס גייט דאך
ארויף אויף דער הייליגער "תורה" הק' ,און דער הייליגער תורה הק' קומט
"מצְ וַת"
אונז דא צו זאגן ,אז אויב וועסטו קודם מקיים זיין די הייליגעִּ :
הַ תו ָֹרה ,דעמאלט'ס וועסטו שפעטער קענען צו קומען צו האבן א השגה
אין" :כִּ תְ בֵ י אֱֹלקֶ יָך" – אין דער הייליגער תורה הק' ,און" :וְ הִּ ִּשיגָֻך כִּ תְ בֵ י
אֱֹלקֶ יָך" – און דו וועסט באקומען א "השגה" אין דער הייליגער תורה הק'
וואס ווערט דאך ָאן גערופן" :כְ תַ ב".
אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע אין פסוק אין פרשת כי תשא (קפיטל
ֱֹלקים הּוא
ֱֹלקים הֵ מָ ה וְ הַ ִּמכְ תָ ב ִּמכְ תַ ב א ִּ
ל"ב פסוק ט"ז) ,אז" :וְ הַ לֻחֹ ת מַ עֲשֵ ה א ִּ
חָ רּות עַ ל הַ לֻחֹ ת" ,און עס שטייט דאך שוין טאקע אויך אין פרשת וילך
(קפיטל ל"א פסוק י"ט) ,אז" :וְ עַ תָ ה כִּ תְ בּו ָלכֶם אֶ ת הַ ִּש ָירה הַ זֹאת וְ ל ְַמ ָדּה אֶ ת
ּבְ נֵי י ְִּש ָראֵ ל" וגו' ,און ממילא ווער עס טוט "מצוות" ,ער וועט סוף כל סוף
קענען זוכה זיין צו" :וְ הִּ ִּשיגָֻך" – צו פארשטיין" :כִּ תְ בֵ י אֱֹלקֶ יָך" – דער
הייליגער תורה הק'" :לְ הָ בִּ ין ּולְ הַ ְשכִּ יל לִּ ְשמֹ עַ לִּ לְ מֹ ד ּולְ לַמֵ ד לִּ ְשמֹ ר וְ ַלעֲשוֹת
ּולְ קַ ּיֵים אֶ ת כָל ִּדבְ רֵ י תַ לְ מּוד תו ָֹרתֶ ָך ּבְ ַאהֲבָ ה":
קא
אליעזר כי ת בוא נעימות
ְו ָראו ָכל ַע ֵמי ָה ָא ֶרץ
שם יהו-ה נִ ְק ָרא ָעל ָ
ֶׁיך ְויָ ְרא ּו ִמ ּ ֶׁמ ּ ָך :דער ְו ָרא ּו ּ ָכל ַע ּ ֵמי הָ ָא ֶׁרץ ִּכי ֵ
הייליגער אור החיים הק' איז מסביר דעם פסוק אזוי ,אז דאס איז געזאגט
געווארן אנטקעגן די מצוות "לא תעשה" ,און די גאנצע צייט ווען א יודיש
קינד היט זיך אפ פון עבירות ,דעמאלט'ס גייט נישט אראפ פון זיין פנים די
ֱֹלקים" ,און אלע באשעפעניש'ן ציטער'ן פון אזא איינער,
הייליגע" :צֶ לֶם א ִּ
סיי מענטשן ,און סיי בהמות און חיות.
אבער משא"כ אויב א יודיש קינד היט זיך נישט פון קיין עבירות ח"ו,
דעמאלט'ס האבן זיי נישט קיין מורא פון איהם ,ווייל נאר ווען א יודיש קינד
ֱֹלקים" האבן זיי מורא פון איהם.
טראגט אויף זיך דעם הייליגן" :צֶ לֶם א ִּ
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון" :וְ ָראּו כָל
ָארץ כִּ י שֵ ם יהו-ה נ ְִּק ָרא עָ לֶיָך" וגו' ,ווייל דער הייליגער תורה הק' וויל
עַ מֵ י הָ ֶ
דיר דא זאגן ,אז די סיבה פארוואס זיי וועלן מורא האבן פון דיר איז דאך
נאר ,ווייל ווען" :וְ ָראּו ָכל עַ מֵ י" – ווייל ווען מיין פאלק אליין וועט זעהן,
און דאס גייט דאך ארויף אויף די שוואכ'ע יודן וואס ווערן ָאן גערופן:
"עַ ם" ,אזוי ווי עס איז דאך שוין טאקע מבואר אין די ספרים הק' ,און די
שוואכ'ע יודן ווילן ליידער אמאל שלעכט'ס טוהן פאר די ערליכע יודן ,און
די פסוק זאגט דיר דא צו אז זיי וועלן נישט מצליח זיין.
ווייל ווען :וְ ָראּו כָל "עַ ִּמי" – ווייל ווען די עמי הארצ'ים וועלן זעהן ,אז:
ָארץ" – אז אפילו א פשוט'ע מענטש וואס איז די זעלבע "ארציות" ווי "הָ ֶ
קב
אליעזר כי ת בוא נעימות
מיר – וואס איז די זעלבע שטיק ערד ווי מיר[ ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין
"ָאדם יְסוֹד ֹו
טאקע אלע" :רֹאש הַ שָ נָה" און" :יוֹם כִּ יפּור" ביים דאווענען אזָ :
ָארץ כִּ י שֵ ם
מֵ עָ פָ ר וְ סוֹפ ֹו לֶעָ פָ ר"] ,אפילו אויף אזא איינער קען אויך זיין" :הָ ֶ
"שכִּ ינָה" ,און דאס
יהו-ה ִּנ ְק ָרא" – וואס די ווערטער איז דאך ראשי תיבותְ :
מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז ווען זיי וועלן זעהן אז אפילו
אויף א פשוט'ע מענטש וואס איז א שטיק "ארציות" קען אויך רוען די
"שכִּ ינָה" הק' ,דעמאלט'ס" :וְ י ְָראּו ִּממֶ ךָ" – דעמאלט'ס וועלן זיי
הייליגעְ :
שוין מורא האבן פון דיר.
ווייל זיי וועלן דאך שוין דעמאלט'ס איין זעהן ווי ווייט א פשוט'ע מענטש
קען ָאן קומען דורך דעם וואס ער פירט זיך אויף ערליךּ" :בְ ֶד ֶרְך הַ תו ָֹרה
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר".
וְ הַ י ְִּרָאה הַ ְמ ָ
און זיי וועלן דאך שוין דעמאלט'ס אלע איין זעהן ,אז ..יא ,אפילו אויף א
"שכִּ ינָה" הק' ,און די פסוק
פשוט'ע ערליכע יוד קען אויך רוען די הייליגעְ :
ָארץ" – אז אפילו דו ביזט א מענטש וואס איז זאגט דיר דא ווייטער ,אז" :הָ ֶ
ָאן געפילט מיט "ארציות" און "גשמיות" ,אפילו אזוי קענסטו אבער נאך
אלץ זוכה זיין צו דעם" :כִּ י שֵ ם יהו-ה נ ְִּק ָרא".
ווייל ..יא" :עָ לֶיָך" – אויף דיר ,אויף דיר קען אויך רוען די הייליגע:
"שכִּ ינָה" הק'
"שכִּ ינָה" הק' !..דו דארפס'ט נאר מאכן זיכער אז די הייליגעְ :
ְ
זאל שפירן באקוועם אין דיין קליינעּ" :בֵ ית הַ ִּמ ְק ָדש ְמעַ ט":
קג
אליעזר כי ת בוא נעימות
ְו ָראו ָכל ַע ֵמי ָה ָא ֶרץ
שם יהו-ה נִ ְק ָרא ָעל ָ
ֶׁיך ְויָ ְרא ּו ִמ ּ ֶׁמ ּךָ :לאמיר ְו ָרא ּו ּ ָכל ַע ּ ֵמי הָ ָא ֶׁרץ ִּכי ֵ
דיר דא פרעגן א שאלה ,ווייל לכאורה דארף מען דאך פארשטיין ,אז וואס
איז די שיינ'קייט פון א יודיש קינד !?..וואס!?..
און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז די שיינ'קייט פון א יודיש קינד איז דאך,
אז ער זוכט זיך נישט קיין נייע וועגן זיך צו באקרוינען ,נאר פארקערט ,ער
נעמט דעם אלט'ן "שטריימל" און ער מאכט דאס פאר א שיינעם הערליכ'ן
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה" ,און מען
"קרוין" אויף זיין קאפ ,און מען נעמט דעם אלט'ןֶ :
לערנט אויס פאר אונזערע קינדער אז דאס הייסט "געשמאק" ,און אז דאס
הייסט "הנאה" ,און אז נאר אזוי וועלן מיר מצליח זיין אין אונזער לעבן
בעזרת השם יתברך.
און אויב מיר וועלן ווייזן פאר אונזערע קינדער אז יודיש'קייט איז
"געשמאק" ,דעמאלט'ס וועלן זיי ווייניגער זוכן געשמאקייט אין די
ארומיגע וועלט ,און בכלל ..דארף מען דאך געדענקען ,אז אויב א קינד
שפירט אז יודיש'קייט איז געשמאק ,דעמאלט'ס איז די "חינוך" פון דעם
קינד אסאך אסאך גרינגער ,ווייל אויב א קינד ווייסט אז שבת קודש איז
געשמאק ,דעמאלט'ס ווארט ער שוין א גאנצע וואך אז ווען וועט שוין
קומען דעם גרויסן הייליגן טאג "שבת קודש"!?..
אבער אויב דער קינד באקומט נישט געהעריג דעם מודעה אז שבת קודש
איז די "קשר" פון דעם אייבערשטן מיט א יודיש קינד ,דעמאלט'ס קען גאר
קד
אליעזר כי ת בוא נעימות
זיין אז עס וועט נאך נעמען אביסל צייט ביז ווען דער קינד וועט אויף כאפן
אז שבת קודש איז א געשמאקע זאך ,און איינמאל ער וועט אויף כאפן אז
שבת קודש איז א געשמאקע זאך ,וועט ער דאך דאס דעמאלט'ס מוזן מאכן
געשמאק ,ווייל שבת קודש דארף דאך צו זיין א געשמאקע זאך.
און אויב דער קינד האט קיינמאל נישט באקומען די ריכטיגע רוחניות'דיגע
טעם אין א שבת קודש ,וועט ער דאך דעמאלט'ס גלייך זוכן אנדערע וועגן
ווי אזוי צו מאכן זיין שבת קודש געשמאק ,און דעמאלט'ס וועט דאך שוין
אריין פאלן ביי איהם ח"ו אנדערע וועלטליכ'ע געשמאקייטן וואס די גאס
לייגט איהם פָ אר ווי אזוי צו מאכן דעם שבת קודש געשמאק ,און דאס וועט
דאך נאר שווערער מאכן מחנך צו זיין אזא סארט קינד.
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה" ,ווייל
ווייל די ענין פון חינוך מוז דאך זיין געבויעט אויף אֶ :
אויב נישט ,דעמאלט'ס וועט דאך דאס קינד זוכן די היינטיגע אופנים ווי
אזוי מען מאכט יודיש'קייט געשמאק ,און ממילא וועגן דעם לוינט זיך
ענדערש א דורך צו לעבן די אזוי גערופענ'ע מלגלגים וואס שפעטן אפ פון
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה" ,ווי איידער צו דארפן ארבעטן אסאך שווערער
דעם אלט'ןֶ :
אז א קינד זאל וועלן [מרצון עצמו] גיין אויף דעם גוט'ן וועג.
"מסו ָֹרה" ,דעמאלט'ס איז דא דעם אמאליג'ן:
ווייל אויב עס איז דא אְ :
"חֵ ן" ,און אויב נישט ,דעמאלט'ס קען גאר אסאל מאל אויס קומען ,אז א
קינד זאל נעמען די היינטיגע וועלט ,און דאס פראבירן צוזאם צו שטעלן
מיט א "שבת קודש" כדי דאס צו מאכן געשמאק ,און דאס אז א קינד זאל
לעבן אויף א וועג אז די היינטיגע וועלט איז מיין תענוג ..דאס קען דאך שוין
צו ברענגען צו אנדערע נישט גוטע זאכן ,והמבין יבין ,ודי למבין.
קה
אליעזר כי ת בוא נעימות
אבער משא"כ אויב א קינד ווייסט ביי זיך ,אז איך האב גארנישט מיט די
היינטיגע וועלט ,נאר איך האב מיר מיין אייגענ'ע שטוב ,און נאר דאס איז
ביי מיר הייליג און טייער ,דעמאלט'ס איז דאך איהם שוין אסאך אסאך
גרינגער זיך א עצה צו געבן מיט די שטורעמיש'ע וועלט וואס לייגט איהם
פָ אר כל מיני פאלטש'ע תענוגים.
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה" איז
ווייל ער איז דאך מחונך געווארן אויף א אופן אז דיֶ :
הייליג און טייער ,אבער משא"כ די איבריגע חלק העולם איז דאך ליידיג און
פוסט ,און דאס האט דאך גארנישט צו טוהן מיט מיר בכלל.
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה" ,דעמאלט'ס איז ער
און אויב א יודיש קינד האלט ָאן דעםֶ :
"ש ִּמ ָירה עֶ לְ י ֹונָה" ,סיי אויף זיך ,און סיי אויף זיינע קינדער.
דאך זוכה צו אְ :
ווייל דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין פסוק אין די
וואכעדיגע פרשה פרשת כי תבוא (קפיטל כ"ח פסוק י') ,אז" :וְ ָראּו כָל עַ מֵ י
ָארץ" – אז אויב די פעלקער פון די וועלט וועלן זעהן ,אז וואס !?..אז: הָ ֶ
"כִּ י שֵ ם יהו-ה נ ְִּק ָרא" וגו' ,און די ווערטער" :כִּ י שֵ ם יהו-ה ִּנ ְק ָרא" – איז דאך
ראשי תיבות" :כְ יָשָ ן" ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז
דער הייליגער תורה הק' זאגט דיר דא אזוי ,אז אויב די פעלקער פון די
וועלט וועלן זעהן" :כְ יָשָ ן" – אז דו האסט עפעס אזא אלט'קייט" :עָ לֶיָך" –
אויף דיר.
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז אויב די פעלקער פון
די וועלט וועלן זעהן אז דו רירס'ט זיך עפעס נישט אוועק פון דעם אלט'ן:
"משַ נֶה" פון דעם:
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה ִּמדֹר דֹר" ,און דו ביזט ח"ו גארנישטְ :
ֶ
קו
אליעזר כי ת בוא נעימות
"ד ֶרְך הָ ָאבוֹת" ,און דו גייסט נישט נאך די אלע נייע מאדע'ס וואס די וועלט
ֶ
לייגט דיר פָ אר ,נאר דו פירס'ט זיך עפעס" :כְ יָשָ ן" – נאר דו פירס'ט זיך
עפעס אזוי אלט מאדיש ..ממש אזוי ווי אין דער אלט'ער היים ,דעמאלט'ס
וועט דאך זיין" :וְ י ְָראּו ִּממֶ ךָ" – דעמאלט'ס וועלן דאך די אומות העולם
מורא האבן פון דיר ,און עס וועט דאך דעמאלט'ס גלייך הערש'ן א
"ש ִּמ ָירה עֶ לְ י ֹונָה" אויף דיר.
מורא'דיגעְ :
און די אומות העולם וועלן דאך דעמאלט'ס גלייך מורא האבן פון דיר ,און
די אומות העולם וועלן דאך דעמאלט'ס גלייך מורא האבן דיר צו שלעכט'ס
טוהן ,ווייל זיי וועלן דאך שוין דעמאלט'ס גלייך זעהן ,אז די אמאליגע:
ֱֹלקים" וואס אונזערע הייליגע זיידע'ס זענען ארום געגאנגען מיט
"צֶ לֶם א ִּ
דעם איז דאך אויך איין געקריצט אויף דיר.
און פארשטייט זיך ..אז צו דעם דארף מען דאך האבן א געוואלדיגע גרויסע
שטארקייט ,ווייל נאר אזוי קען מען דאך א דורך ברעכן די אלע שווערע
נסיונות וואס די נייע אהער געשטעלט'ע וועלט לייגט דיר פָ אר.
"ד ֶרְך
און אויב דו וועסט זיך טאקע האלטן מיט דעם אלט'ן הייליגןֶ :
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר" ,דעמאלט'ס" :תִּ פֹ ל ֲעלֵיהֶ ם אֵ ימָ תָ ה וָפַ חַ ד" –
הַ ְמ ָ
דעמאלט'ס וועט דאך פאלן אויף די אומות העולם א פחד און א שרעק ,ווייל
ווען זיי וועלן זעהןּ" :בִּ גְ דֹל זְ ר ֹועֲָך" – ווייל ווען זיי וועלן זעהן דיין
בּורה" ווי דו דרייס'ט זיך נאך ארום מיטן אלט'ן שטריימל און שטארקע" :גְ ָ
מיטן אלט'ן טלפון ,דעמאלט'ס" :י ְִּדמּו כָָאבֶ ן" – דעמאלט'ס וועלן זיי דאך
בלייבן שטיל און געלעמט אזוי ווי פאר קלאצט'ע שטיינער.
קז
אליעזר כי ת בוא נעימות
ווייל זיי וועלן נישט קענען גלייבן וואס זיי זעהען דא ,א יודיש קינד האט
נאך תשפ"ו א כשר'ע טלפון !?..וואו איז דאס געהערט געווארן !?..און די
תירוץ אויף דעם איז ,אז ..יא ,עס איז שוין איינמאל געהערט געווארן ,ווייל
סּורה ָלנּו ִּמדֹר דֹר" ,דעמאלט'ס קומט
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
אויב עס איז דא דעם אלט'ןֶ :
דאך שוין ניט אמאל אין באטראכט די אלע נארישקייטן!..
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר" ,דעמאלט'ס
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
און אויב עס איז דא דעם אלט'ןֶ :
"ש ִּמ ָירה עֶ לְ י ֹונָה" אויף אלע אונזערע קינדער ,ווייל דו ווייסט איז דאך דא אְ :
"ש ִּמ ָירה עֶ לְ י ֹונָה" פון דעם" :הַ מַ לְ אָ ְך הַ גֹ אֵ ל אֹ תִּ י ִּמכָל ָרע"
ווען עס איז דא אְ :
וגו'!?..
"ש ִּמ ָירה עֶ לְ י ֹונָה" פון
די תירוץ אויף דעם איז ,אז עס איז דאך נאר דא אְ :
דעם" :הַ מַ לְ אָ ְך הַ גֹ אֵ ל אֹ תִּ י ִּמכָל ָרע" ווען עס איז" :וְ יִּקָ רֵ א בָ הֶ ם ְש ִּמי וְ שֵ ם
ֲאבֹתַ י ַאבְ ָרהָ ם וְ יִּצְ חָ ק" ,און איינמאל מען גייט דאך שוין טאקע באמת נאך
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר" ,דעמאלט'ס" :וְ י ְִּדגּו ָלרֹב" –
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
דעם אלט'ןֶ :
דעמאלט'ס וועלן דאך דיינע אלע קינדער אויך קענען אויף שטעלן ערליכע
שטובערֶ " :נאֱמָ נִּים לַיהו-ה ּולְ תו ָֹרת ֹו הַ ְקדוֹשָ ה" אפילו בשעת ווען זיי וועלן
ָארץ" – אפילו בשעת ווען זיי וועלן נאך זיין ארום זיך געפונעןּ" :בְ קֶ ֶרב הָ ֶ
גענומען מיט אלע "ארציות" און "גשמיות" פון דעם נייעם אהער
געשטעלט'ע וועלט.
אבער דו ווייסט פארוואס דיינע קינדער וועלן קענען אויף שטעלן ערליכע
ליכטיגע הייליגע שטובערֶ " :נאֱמָ נִּים לַיהו-ה ּולְ תו ָֹרת ֹו הַ ְקדוֹשָ ה" אפילו
ָארץ" !?..דאס איז אלעס וויילבשעת ווען זיי געפונען זיך נאךּ" :בְ קֶ ֶרב הָ ֶ
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר".
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
מען גייט נאך דעם אלט'ןֶ :
קח
אליעזר כי ת בוא נעימות
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך דיר שוין טאקע אויך ווייטער אין די
וואכעדיגע פרשה פרשת כי תבוא ,אז די סיבה פארוואס די אומות העולם
וועלן מורא האבן פון דיר איז דאך זייער פשוט ,ווייל" :וְ ָראּו כָל עַ מֵ י" –
ָארץ" – אז אפילו א פשוט'ע מענטש
ווייל ווען א גוי וועט זעהן ,אז" :הָ ֶ
וואס איז די זעלבע "ארציות" ווי מיר – אז אפילו א פשוט'ע מענטש וואס
איז די זעלבע שטיק ערד ווי מיר[ ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע:
"ָאדם יְסוֹד ֹו מֵ עָ פָ ר וְ סוֹפ ֹו
"רֹאש הַ שָ נָה" און" :יוֹם כִּ יפּור" ביים דאווענען אזָ :
ָארץ כִּ י שֵ ם יהו-ה לֶעָ פָ ר"] ,אפילו אויף אזא איינער קען אויך רוען" :הָ ֶ
"שכִּ ינָה" הק',
ִּנ ְק ָרא" – אפילו אויף אזא איינער קען אויך רוען די הייליגעְ :
ָארץ כִּ י שֵ ם יהו-ה ִּנ ְק ָרא" – איז דאך ראשי תיבות:
ווייל די ווערטער" :הָ ֶ
ָארץ" – אז אפילו
"שכִּ ינָה" ,און ממילא ווען דער גוי וועט זעהן ,אז" :הָ ֶ
ְ
אויף א פשוט'ע מענטש וואס איז א שטיק "ארציות" קען אויך רוען די
"שכִּ ינָה" הק' ,דעמאלט'ס וועט דאך שוין גלייך זיין" :וְ י ְָראּו ִּממֶ ךָ"
הייליגעְ :
– דעמאלט'ס וועלן זיי דאך שוין גלייך מורא האבן פון דיר.
ווייל זיי וועלן דאך שוין דעמאלט'ס איין זעהן ווי ווייט א פשוט'ע מענטש
קען ָאן קומען דורך דעם וואס ער פירט זיך אויף ערליךּ" :בְ ֶד ֶרְך הַ תו ָֹרה
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר".
וְ הַ י ְִּרָאה הַ ְמ ָ
און מען זעהט דאך שוין טאקע אויך ביי יעקב אבינו אין פרשת וישב ,אז
יעקב אבינו האט זיך דעמאלט'ס אוועק געזעצט מיט זיין זוהן יוסף ,און ער
האט איהם דעמאלט'ס אויס געלערנט אלעס וואס ער האט געהאט געלערנט
אין די הייליגע ישיבה פון שם ועבר ,און ער האט איהם דעמאלט'ס איבער
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה" ווי אזוי מען דארף זיך צו פירן.
געגעבן דעם הייליגןֶ :
קט
אליעזר כי ת בוא נעימות
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פון (בראשית
קפיטל ל"ז פסוק א')ַ " :וּיֵשֶ ב ַיעֲקֹ ב ּבְ אֶ ֶרץ ְמגּורֵ י ָאבִּ יו" וגו' ,ווייל די
ווערטערַ " :וּיֵשֶ ב ַיעֲקֹ ב ּבְ אֶ ֶרץ ְמגּורֵ י אָ בִּ יו ּבְ אֶ ֶרץ כְ נָעַ ן" – איז דאך טאקע
אויך ראשי תיבותּ" :בָ א יוֹם כ"ב" – אז עס איז ָאן געקומען די טאג וואס
יעקב אבינו האט זיך געזעצט לערנען מיט יוסף הצדיק די הייליגע" :כ"ב
אוֹתִּ ּיוֹת הַ תו ָֹרה" ,און אזוי ווייטער ..און ער האט דעמאלט'ס געלערנט מיט
יוסף הצדיק אלעס וואס ער האט מקבל געווען פון זיינע הייליגע אבות הק'.
און דאס איז דאך טאקע די כוונה פון די ווערטערּ" :בְ אֶ ֶרץ ְמגּורֵ י ָאבִּ יו",
ווייל דאס איז דאך טאקע געווען די מטרה דא ,אויס צו לערנען פאר יוסף
הצדיק ווי אזוי מען דארף זיך פירן ,און אז מען דארף זיך שטענדיג פירן:
"ּבְ אֶ ֶרץ ְמגּורֵ י ָאבִּ יו" – און אז מען דארף זיך שטענדיג פירן" :עַ ל ֶד ֶרְך
י ְִּש ָראֵ ל סָ בָ א" ,און אזוי ווי אונזערע הייליגע אבות הק' האבן זיך געפירט,
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר".
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
"משַ נֶה" זיין פון דעם הייליגןֶ :
און נישט ח"וְ :
און יוסף הצדיק האט טאקע דער הערט די ווערטער פון זיין הייליגן טאטן
יעקב אבינו ,און ער האט טאקע שטענדיג אפ געהיטן זיין הייליגע" :צֶ לֶם
ֱֹלקים" ,און אפילו ווען ער איז שוין ָאן געקומען אין דעם טמא'נעם לאנד
א ִּ
מצרים ,האט ער זיך אבער נאך אלץ נישט נאך געלאזט ,נאר פארקערט ,ער
האט מוסיף געווען שמירה על שמירה אויף די דריי זאכן :א) די" :לָשוֹן" –
די שפראך לשון הקודש ,ב) די" :לְ בּוש" – די יודישע קליידער ,ג) די" :שֵ ם"
– די נאמען ,און דאס אלעס האט ער אפ געהיטןּ" :בִּ ְש ִּמ ָירה".
און די ווערטער" :לָש ֹון לְ בּוש שֵ ם ּבִּ ְש ִּמ ָירה" – איז דאך טאקע סופי תיבות:
"נְשָ מָ ה" ,ווייל יא טייערע יודן ,יוסף הצדיק האט דאך שוין גוט געוואוסט
קי
אליעזר כי ת בוא נעימות
ביי זיך ,אז דאס איז דאך די" :נְשָ מָ ה" פון א יודיש קינד ,ווייל די וועג ווי
ֱֹלקים" איז דאך
אזוי מען קען האלטן די" :נְשָ מָ ה" מיט איר אמת'ן" :צֶ לֶם א ִּ
נאר דורך דעם וואס מען פירט זיך" :עַ ל ֶד ֶרְך י ְִּש ָראֵ ל סָ בָ א" און מען איז
סּורה לָנּו ִּמדֹר
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
"משַ נֶה" קיין קיצו של יו"ד פון דעם הייליגןֶ :
נישטְ :
דֹר".
און מען זעהט דאך שוין טאקע אויך בפירוש אין פסוק ביי די מעשה פון
פרעה'ס חלום ,אז די קנעכט פון פרעה האבן דעמאלט'ס געזאגט פאר פרעה,
אז נע ..עס איז א שאד ארויף צו ברענגען יוסף הצדיק פון דעם גרוב ,ווייל:
"וְ שָ ם אִּ תָ נּו" – ווייל דער מענטש וואס איז געווען מיט אונז אין תפיסה
דארטן איז דאך אזא" :נַעַ ר" ,און דו ווייסט פארוואס!?..
ווייל" :עִּ בְ ִּרי" – ווייל דער נער מיינט נאך נעבעך אז מען קען בלייבן א
"יוד" אין "מצרים" ,דו הערס'ט פרעה !?..א "יוד" אין "מצרים" !..וואו איז
געהערט געווארן אזא זאך !?..מען קען דאך נישט זיין קיין אפ געהיטענ'ע
"יוד" אין אזא טמא'נע לאנד ווי "מצרים"!?..
און ממילא וואס גייט דא פָ אר מיט דעם יוסף הצדיק !?..ער ווייסט דען
"שטּופֵ י זִּ מָ ה" !?..וואס גייט דא פָ אר
נישט אז "מצרים" איז א פלאץ פוןְ :
מיט דעם מאדנעם מענטש דא !?..און דער יוסף איז דאך טאקע א" :נַעַ ר",
ווייל ער מיינט דאך נאך נעבעך אז מען קען זיך האלטן ערליך אין אזא
טמא'נעם לאנד ווי "מצרים".
אבער וואס האט יוסף הצדיק געזאגט !?..און די תירוץ אויף דעם איז דאך,
אז יוסף הצדיק האט דעמאלט'ס געזאגט ,אז ניין הער מצרי ,דו ביזט דאך
קיא
אליעזר כי ת בוא נעימות
אינגאנצן נישט גערעכט ,ווייל דו ביזט גערעכט טאקע אז סתם אזוי קען מען
טאקע נישט זיין קיין אמת'ע ערליכע יוד אין אזא טמא'נע לאנד ווי מצרים,
אבער אויב עס איז" :הַ עוֹד ָאבִּ י חָ י" – אבער אויב מיין טאטע לעבט נאך ביי
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה"
מיר ,און אויב גיי איך נאך טאקע באמת נאך דעם הייליגןֶ :
וואס איך האב מקבל געווען פון מיין הייליגן טאטן יעקב אבינו ,דעמאלט'ס
קען מען דאך אויס דרוק'לעך יא זיין א ערליכע יוד אפילו דא אין אזא
"ד ֶרְך הַ ְמסו ָֹרה",
שרעקליכ'ע" :טֻ ְמַאת ִּמצְ ַריִּם" ,ווייל אויב עס איז דא דעםֶ :
דעמאלט'ס קען מען זיך דאך האלטן אין דעם שווערסט'ן מצב וואס עס איז
נאר שייך.
און יוסף הצדיק האט דאך טאקע שטענדיג געטראכט צו זיך ,אז לעב איך
יּוקנ ֹו שֶ ל ָאבִּ י" !?..אדער בין איך ליידער אויס
"דמּות ְד ְ
נאך טאקע מיטְ :
געלאשן געווארן דורך דעם שרעקליכ'ן" :טֻ ְמַאת ִּמצְ ַריִּם" וואס געפונט זיך
ליידער דא ארום מיר!?..
און מיט דעם געדאנק פון לעבן מיט די הייליגע אבות הק' ..האט דאך יוסף
הצדיק שטענדיג געלעבט ,ווייל יא טייערע יודן ,יוסף הצדיק האט דאך
שטענדיג געטוהן די פעולה פון" :צָ ר ְקלַסְ תֵ ר פָ נָיו שֶ ל ָאבִּ יו" ,און דאס איז
געווען זיין ערשטע דאגה שטענדיג ,אז וואס !?..אז" :הַ עוֹד ָאבִּ י חָ י" – אז
לעבט נאך מיין הייליגן טאטן ביי מיר אין הארץ !?..אדער ח"ו נישט!?..
און דאס דארף דאך טאקע אויך זיין אונזער דאגה שטענדיג ,אז מיר דארפן
אלע שטענדיג טראכטן ,אז" :הַ עוֹד ָאבִּ י חָ י" – אז לעבט נאך ביי מיר אין
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר" וואס מיר האבן
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
הארץ דעם אלט'ן הייליגןֶ :
מקבל געווען פון אונזערע הייליגע אבות הק' !?..אדער ח"ו נישט!?..
קיב
אליעזר כי ת בוא נעימות
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך אין פרשת
חוקת (קפיטל כ"א פסוק כ"ב) ,אז די יודישע קינדער האבן דעמאלט'ס
געזאגט פאר די אומות העולם ,אזּ" :בְ ֶד ֶרְך הַ מֶ לְֶך ֵנלְֵך" – אז אין דעם דרך
פון דעם" :מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָכִּ ים הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא" וועלן מיר גיין ביז" :עַ ד
אֲשֶ ר ַנ ֲעבֹר גְ ֻבלֶָך" – ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין אריבער צו טרעטן די
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר"
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
גבולות פון" :אֶ ֶרץ י ְִּש ָראֵ ל" ,און אויף דעםֶ :
וועלן מיר גיין ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די" :גְ אּולָה ְשלֵמָ ה".
"ד ֶרְך הַ תו ָֹרה"
און יא הער גוי ,מיר וועלן אלע ָאן האלטן אונזער הייליגעֶ :
סּורה לָנּו ִּמדֹר דֹר" ביז משיח וועט קומען ,און
"ד ֶרְך הַ ְמ ָ
און אונזער הייליגעֶ :
"ד ֶרְך הַ מֶ לְֶך" וועלן מיר שטענדיג גיין ,ווייל א יודיש קינד דארףמיט דעםֶ :
דאך שטענדיג לעבן אויף א אופן פון" :הַ עוֹד ָאבִּ י חָ י":
רו ַהט ֹוב יִּ ְפ ַתח יהו-ה ְל ָך ֶאת ֹ
או ָצ ֹ
לָתת ְמ ַטר ַא ְר ְצ ָך
ש ַמיִ ם ֵ
רו הַ ּט ֹוב ֶׁאת הַ ּ ָ יִ ְפ ּ ַתח יהו-ה לְ ָך ֶׁאת ֹ
או ָצ ֹ
ְּב ִע ּת ֹו ּולְ בָ ֵר ְך ֵאת ּ ָכל מַ ֲע ֵשה יָ ֶׁד ָך וגו' :אין דעם פסוק דא ליגט
באהאלטן די יסוד פון א ברכה פון א" :צַ ִּדיק" ,ווייל די פסוק זאגט דאך אונז
דא אזוי ,אז" :יִּפְ תַ ח יהו-ה לְ ָך אֶ ת אוֹצָ רוֹ" – אז דער אייבערשטער וועט דיר
עפענען זיין אוצר פון השפעה דורך" :הַ טוֹב" – דורך דעם" :צַ ִּדיק" וואס
איז דאך" :כָל כֻל ֹו טוֹב" ,סיי" :טוֹב לַשָ מַ יִּם" און סיי" :טוֹב לַּבְ ִּרּיוֹת".
און דער הייליגער אור החיים הק' טייטש'ט דאך שוין טאקע אויך דעם פסוק
פון" :יִּפְ תַ ח יהו-ה לְ ָך אֶ ת אוֹצָ ר ֹו הַ טוֹב" וגו' ,וזלה"ק ,אזּ" :בְ אֶ ְמצָ עּות הַ צַ ִּדיק
קיג
אליעזר כי ת בוא נעימות
יִּפְ תַ ח אוֹצָ ר הַ טוֹב" – אז דורך דעם" :צַ ִּדיק" וועט קומען א כח פון
"השפעה" פון הימל.
און דער הייליגער אור החיים הק' זאגט אונז דא ווייטער ,אז" :וְ שֵ ם הַ טוֹב
הּוא סוֹד" – אז די נאמען" :טוֹב" גייט ארויף אויפן" :צַ ִּדיק יְסוֹד ע ֹולָם" [על
דרך דרוש] ,און מען קען אפשר צו לייגן צו דעם די באקאנט'ע ווארט וואס
ווערט דאך שוין געברענגט אין די ספרים הק' ,און דאס איז ,אז דער
אייבערשטער געבט איבער די" :כֹחַ הַ הַ ְשפָ עָ ה" פאר א" :צַ ִּדיק" ּבִּ בְ ִּחינַת
צַ ִּדיק ג ֹוזֵר וְ הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא ְמקַ ּיֵם.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דיר דא אזוי ,אז" :יִּפְ תַ ח יהו-ה לְ ָך אֶ ת
אוֹצָ רוֹ" – אז דער אייבערשטער וועט עפענען זיין אוצר פון" :הַ ְשפָ עוֹת
טוֹבוֹת" פאר דיר דורך" :הַ טוֹב" – דורך דעם" :צַ ִּדיק" וואס איז דאך" :כָל
כֻל ֹו טוֹב" ,און אויף די ווערטער" :אֶ ת הַ שָ מַ יִּם" זאגט דאך שוין דער
הייליגער אור החיים הק' ,אז" :הּוא סוֹד הַ ְשפָ עָ ה עֶ לְ י ֹונָה לְ מַ עְ לָה" – אז דאס
איז די סוד פון "השפעה" אויבן אין הימל" :כְ יָדּועַ לְ יו ְֹדעֵ י חֵ ן" ,און דער
אייבערשטער וועט דעמאלט'ס געבן א כח פאר דעם" :צַ ִּדיק" צו" :לָתֵ ת
ַארצְ ָך ּבְ עִּ תוֹ" – צו געבן רעגן אין דיין לאנד אין איר צייט.
ְמטַ ר ְ
און עס איז דאך שוין טאקע באקאנט פאר א יעדעם איינעם די באקאנט'ע
מעשה פון חוני המעגל וואס האט זיך אריין געשטעלט אין א רונדעכיג'ע
רינגל ,און ער האט געבעטן ווי א קינד וואס בעט פון זיין טאטע אז ..איך
וויל אז עס זאל קומען רעגן ,אבער נישט צו פיל רעגן ,ווייל דאס וועט דאך
מאכן א שרעקליכ'ע חורבן אין שטאט ,נאר איך וויל פונקט אזוי פיל און
אזוי פיל רעגן ,און חוני המעגל האט דעמאלט'ס געבעטן דעם אייבערשטן,
קיד
אליעזר כי ת בוא נעימות
אז איך וויל אז דאס און דאס זאל געשעהן פונקטליך אזוי און אזוי ,און
דוקא אויף אזא אופן זאל קומען די השפעות פון הימל ,און דער
אייבערשטער האט איהם דאס טאקע דעמאלט'ס פונקטליך צו געשטעלט
אזוי ווי ער האט געוואלט.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט אונז דא ווייטער ,אז דו זאלסט וויסן ר'
יוד ,אזּ" :ולְ בָ רֵ ְך אֵ ת כָל מַ עֲשֵ ה י ֶָדָך" – אז א" :צַ ִּדיק" האט א כח צו
בענטשן" :אֵ ת כָל מַ עֲשֵ ה י ֶָדָך" – אלע דיינע ענינים וואס דו טוס'ט נאר ,און
יא ר' יוד ,דאס איז די כח פון א" :צַ ִּדיק אֱמֶ ת" אויבן הימל ,די כח פון א:
"צַ ִּדיק אֱמֶ ת" אויבן הימל איז ,אז" :עַ ל פִּ יו יֵצֵ א וְ עַ ל פִּ יו ָיבֹא".
און די ווערטער" :יִּפְ תַ ח יהו-ה לְ ָך אֶ ת אוֹצָ ר ֹו הַ טוֹב" – איז דאך טאקע אויך
גימטריא" :כִּ י צַ ִּדיק ג ֹוזֵר וְ הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא ְמקַ ּיֵם" [מיטן כולל] ,ווייל יא
טייערע יודן ,די מציאות איז ,אז" :יִּפְ תַ ח יהו-ה לְ ָך אֶ ת אוֹצָ ר ֹו הַ טוֹב כִּ י צַ ִּדיק
ג ֹוזֵר וְ הַ קָ דוֹש ּבָ רּוְך הּוא ְמקַ ּיֵם":
און מיט דעם ענדיגן מיר :אז מיר זאלן זוכה זיין אז ווען
עס וועט זיין" :אָ סֻ ָרה נָא" – ווען מען וועט אוועק גיין פון
דעם גרויסן התעוררות ,זאל אבער נאך אלץ זיין:
"וְ אֶ ְראֶ ה אֶ ת הַ ַמ ְראֶ ה הַ ָגדֹל הַ זֶה"!..
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
יצא לאור לז"נ זקני הרב ר' יצחק בן יונה ז"ל
קטו
אליעזר כי ת בוא נעימות
קטז
אליעזר כי ת בוא נעימות
קיז
