gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — כי תבוא (2026-08-24)

מוציא לאור: דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish

שבוע: כי תבוא (2026-08-24)

דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — כי תבוא (2026-08-24)

פתח את ה-PDF הורדה

‫בעזהשי"ת‬ ‫דברי חיזוק‬ ‫פרשת כי תבא‬ ‫כתב סופר ‪ -‬אלע השפעות וואס דו‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬וויאזוי קענסטו‬ ‫באקומסט‪ ,‬זענען אין זכות פון די מצוות‬ ‫היינטיגע צייטן זוכה זיין צו ברענגען‬ ‫וואס דו ביסט מקיים! [עמוד טז]‬ ‫ביכורים?! [עמוד ג]‬ ‫כתב סופר ‪ -‬אז דו וועסט דינען דעם‬ ‫דעת משה ‪ -‬דו דארפסט נישט טון מער ווי‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬וועט ער דיר געבן השפעות‪,‬‬ ‫א קלייניקייט‪ ,‬און דער אויבערשטער‬ ‫כדי דו זאלסט קענען רואיג ממשיך זיין‬ ‫וועט שוין העלפן אויף ווייטער [עמוד ה]‬ ‫מיט דיין עבודה [עמוד יז]‬ ‫מגן אברהם ‪ -‬אז ס'איז דא 'השראת‬ ‫מגן אברהם ‪ -‬אז מען פירט זיך ראש השנה‬ ‫השכינה' איז מען זוכה צו אלע סארט‬ ‫השפעות [עמוד ז]‬ ‫מיט הכנעה‪ ,‬איז מען זוכה צו אלע‬ ‫השפעות [עמוד יט]‬ ‫ערוגת הבושם ‪ -‬זיך אינגאנצן מבטל זיין‬ ‫צום אויבערשטן [עמוד ט]‬ ‫אגרא דכלה ‪ -‬מקיים זיין עונג שבת מיט א‬ ‫שמחה [עמוד כ]‬ ‫בית אהרן ‪ -‬אז דו וועסט זיך מוטשען אין‬ ‫אנהויב מקיים צו זיין די מצוות‪ ,‬וועסטו‬ ‫אגרא דכלה ‪ -‬פארוואס שפירט מען נישט‬ ‫צום סוף זוכה זיין צו שפירן די זיסע טעם!‬ ‫קיין שמחה אין עבודת ה'?! [עמוד כא]‬ ‫[עמוד יא]‬ ‫המגיד מזלאטשוב ‪ -‬א איד בלייבט‬ ‫אגרא דכלה ‪ -‬ווען דו ביסט מקיים די מצוה‬ ‫אלעמאל א קנעכט פון באשעפער!‬ ‫פון ציצית‪ ,‬האב אינזין געראטעוועט צו‬ ‫[עמוד כב]‬ ‫ווערן פון שלעכטע מחשבות [עמוד יב]‬ ‫חת"ם סופר ‪ -‬איין כוונה מיט אלע אונזערע‬ ‫חת"ם סופר ‪ -‬דער אויבערשטער וויל אז‬ ‫בקשות – צו קענען דינען דעם‬ ‫דו זאלסט מקיים זיין די מצוות מיט‬ ‫אויבערשטן רואיג! [עמוד כד]‬ ‫הארץ!! [עמוד יד]‬ ‫צו זיך איינשרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון‬ ‫רופט ‪ /‬טעקסט ‪ /‬אימייל צו מכון דברי חיזוק אויף ‪845-886-0123‬‬ ‫ווי אויך פאר סיי ווספארא באמעקונגען קענט איר לאזן א מעסידזש אויפן‬ ‫סיסטעם אדער שיקן א אימייל צו‬ ‫‪dc8458860123@gmail.com‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪-‬א‪-‬‬ ‫וויאזוי קענסטו היינטיגע צייטן זוכה זיין צו ברענגען ביכורים?!‬ ‫אשית ָכל ְפ ִׁרי ָה ֲא ָד ָמה (כו‪ ,‬ב)‬ ‫ְו ָל ַק ְח ָת ֵמ ֵר ִׁ‬ ‫און דו זאלסט נעמען פון די ערשטע פון אלע פירות פון דער פעלד‬ ‫[און דו זאלסט דאס ארויפברענגען צום בית המקדש אלס ביכורים]‬ ‫דער מדרש תנחומא (תבוא‪ ,‬א)‪ ,‬ברענגט דעם פסוק (תהילים צה‪ ,‬ו)‪" :‬בֹּאו נִׁ ְש ַת ֲח ֶוה‬ ‫וְ נִׁ ְכ ָר ָעה נִׁ ְב ְר ָכה לִׁ ְפנֵ י ה’ ע ֵֹּשנו" [קומט‪ ,‬און מיר וועלן זיך בוקן און קניען‪ ,‬זיך איינבייגן‬ ‫פארן באשעפער]‪ .‬און ער פרעגט דערויף‪ ,‬אז לכאורה איז דאך די ווערטער 'נשתחוה'‬ ‫און 'נכרעה' א דאפלט לשון‪ ,‬ווייל ביידע זענען אן ענין פון זיך בוקן‪ ,‬נאר וויבאלד משה‬ ‫רבינו האט געזען‪ ,‬אז דער בית המקדש וועט חרוב ווערן‪ ,‬און מען גייט מער נישט‬ ‫קענען מקיים זיין די מצוה פון ביכורים‪ ,‬דעריבער איז ער אויפגעשטאנען‪ ,‬און ער האט‬ ‫מתקן געווען פאר די אידן‪ ,‬אז זיי זאלן דאווענען דריי מאל א טאג‪.‬‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ערקלערט דעם מדרש‪ ,‬לויט די ווערטער פונעם כלי יקר‬ ‫(ד"ה והיה כי תבא) אז דער עיקר כוונה פון ביכורים איז‪ ,‬ארויסצואווייזן א הכנעה פארן‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬אז די אידן זאלן אנערקענען אז זייער גאנצער פעלד איז א בלויזע מתנת‬ ‫חינם פונעם אויבערשטן‪ ,‬און דעריבער זאלן זיי זיך נישט האלטן גרויס‪.‬‬ ‫אט דאס איז אויך דער עיקר ציל פון תפילה – צו זוכה זיין צו אן אמת'ע הכנעה פארן‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬ווייל ווען א מענטש איז מתפלל ווייזט ער אז אלעס ליגט אין די הענט‬ ‫פונעם באשעפער‪ ,‬און דער מענטש איז אינגאנצן אונטערגעווארפן אונטער דעם‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬און דעריבער איז ער מתפלל פאר אים אויף אלע זיינע געברויכן‪ ,‬וויבאלד‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫אלע זיינע עניינים און באדערפענישן קומען נאר פון השי"ת‪ ,‬קומט אויס‪ ,‬אז דער‬ ‫תכלית פון תפילה איז הכנעה‪.‬‬ ‫דער חובת הלבבות שרייבט (שער חשבון הנפש פרק ג)‪ ,‬אז א 'חסיד' האט זיך אמאל‬ ‫אויסגעדרוקט נאכן דאווענען‪ ,‬אז זיין איינציגסטער רצון איז‪ ,‬אז ער זאל באקומען דאס‬ ‫וואס דער אויבערשטער פארשטייט אז ס'איז גוט פאר אים‪ .‬אויב אזוי שטעלט זיך די‬ ‫שאלה‪ ,‬וויאזוי איז מעגליך אז א מענטש זאל בכלל דאווענען אויף סיי‪-‬וועלכער ענין‪,‬‬ ‫א מענטש ווייסט דאך נישט וואס ס'איז באמת גוט פאר אים‪ ,‬נאר דער אמת איז‪ ,‬אז‬ ‫דער עיקר תכלית פון תפילה איז‪ ,‬ארויסצואווייזן אז ער איז אונטערטעניגט אונטער‬ ‫דעם אויבערשטן אין אלע פרטים פון זיין לעבן‪ ,‬און ער בעט פון אים אלעס וואס ער‬ ‫דארף האבן‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם מדרש‪ ,‬אז משה רבינו האט מתקן געווען די דריי תפילות‬ ‫אנשטאט ביכורים‪ ,‬ווייל דורך תפילה איז מען זוכה צו דערגרייכן צו דעם זעלבן תכלית‬ ‫וואס ביכורים ברענגט – צו האבן אן אמת'ע הכנעה פארן באשעפער‪ .‬און צוליב דעם‬ ‫האט דער פסוק איבערגע'חזר'ט דריי לשונות "נשתחוה‪ ,‬ונכרעה‪ ,‬נברכה"‪ ,‬ווייל אלע‬ ‫דריי זענען לשונות פון הכנעה‪ ,‬און דאס איז מרמז‪ ,‬אז מען דארף זיך מכניע זיין צום‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬אויף אלע אופנים‪ ,‬און אויף אלע סארט וועגןא‪.‬‬ ‫א וזל"ק (דברי יואל‪ ,‬תניינא‪ ,‬עמ' שפ‪-‬שפג)‪ :‬במדרש תנחומא איתא עה"פ היום הזה ד' אלקיך מצוך‬ ‫לעשות‪ ,‬זש"ה באו נשתחוה ונכרעה נברכה לפני ד' עושנו (תהלים צ"ה) והלא כריעה בכלל‬ ‫השתחויה והשתחויה בכלל כריעה‪ ,‬ומה ת"ל נשתחוה נכרעה נברכה‪ ,‬אלא צפה משה‬ ‫ברוה"ק‪ ,‬וראה שביהמ"ק עתיד ליחרב‪ ,‬והבכורים עתידין ליפסק‪ ,‬עמד והתקין לישראל שיהיו‬ ‫מתפללין ג' פעמים בכל יום וכו'‪ ,‬וקשה דהלא אמרו בגמרא (ברכות כו ע"ב) דתפלות כנגד תמידין‬ ‫תקנום ואיך אמר כאן שהוא כנגד ביכורים‪ ...‬וביאור הענין הוא דהנה גם התפלה להשי"ת‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪-‬ב‪-‬‬ ‫דו דארפסט נישט טון מער ווי א קלייניקייט‪ ,‬און‬ ‫דער אויבערשטער וועט שוין העלפן אויף ווייטער‬ ‫אשית ָכל ְפ ִׁרי ָה ֲא ָד ָמה (כו‪ ,‬ב)‬ ‫ְו ָל ַק ְח ָת ֵמ ֵר ִׁ‬ ‫און דו זאלסט נעמען פון די ערשטע פון אלע פירות פון דער פעלד‬ ‫[און דו זאלסט דאס ארויפברענגען צום בית המקדש אלס ביכורים]‬ ‫רש"י ברענגט פון חז"ל‪ ,‬אז וויבאלד דער פסוק דרוקט זיך אויס "מראשית" [און נישט‬ ‫'ראשית']‪ ,‬דרש'נט מען 'ולא כל ראשית'‪ ,‬אז נישט 'אלע' פירות זענען מחוייב מיט‬ ‫ביכורים [נאר די שבעת המינים]‪.‬‬ ‫עיקר תכליתו הוא ההכנעה לפני השי"ת להראות שהכל הוא ביד הקב"ה והאדם נכנע תחת‬ ‫רשותו של הקב"ה ומתפלל לפניו על כל צרכו כיון שמסור להקב"ה בכל עניניו ודרכיו‪ ,‬וזה‬ ‫הוא תכלית התפלה שיהיה נכנע ע"י התפלה להשי"ת‪ .‬וכבר כתב החובת הלבבות שאמר‬ ‫חסיד אחד אחר התפילה‪ ,‬אין רצוני רק במה שיראה הבורא לטוב לי‪ ,‬כי באמת איך אפשר‬ ‫לאדם שיתפלל על איזה דבר‪ ,‬והלא האדם אינו יודע מה טוב לו‪ ,‬אמנם עיקר התפלה אינו כי‬ ‫אם ההכנעה והשתעבדות להשי"ת להראות בזה שהוא נכנע אליו בכל עניניו והוא מבקש‬ ‫מלפניו כל מה שצריך לו‪ .‬וזהו שאמר שעמד והתקין לישראל שיהיו מתפללין ג' פעמים בכל‬ ‫יום וכו' דע"י התפלה מגיעים לאותו תכלית נרצה של ההכנעה‪ ,‬והג' תפלות שבכל יום עושה‬ ‫פעולת הביכורים שהוא ההכנעה אמיתית לפני בורא כל העולמים‪ .‬ומעתה לדברינו מיושב‬ ‫היטב האיך מתורץ קושיית המדרש על מה שנקט ג' הלשונות נשתחוה ונכרעה נברכה‪ ,‬דהנה‬ ‫כל הלשונות הללו כולן לשון הכנעה הן ורמזו בזה שצריך להיות נכנע להקב"ה בכל הבחינות‬ ‫ובכל האופנים שזה הוא תכלית התפלה‪ ,‬ואז התפלה עושה אותה הפעולה מה שהיה עושה‬ ‫ע"י הבאת הביכורים‪.‬‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫הרה"ק רבי משה’לע קאזשניצער זי"ע ערקלערט‪ :‬ווען א מענטש וויל אריינגיין אין‬ ‫עבודת ה'‪ ,‬דארף ער זיך צום ערשט אליינס נעמען‪ ,‬ער דארף זיך אליין שטארקן‬ ‫און זיך אליין מחזק זיין צו דינען דעם אויבערשטן מיט זיין אייגענעם התעוררות‪ָ ,‬אן‬ ‫דעם וואס ער וועט באקומען הילף פונעם אויבערשטן כביכול‪ .‬און נאר דערנאך‬ ‫וועט אים דער אויבערשטער געבן די כוחות אז ער זאל קענען ווייטער ממשיך זיין‬ ‫און ארויפגיין פיל העכער‪ ,‬אזויווי חז"ל זאגן (שיר השירים רבה ה‪ ,‬ב)‪ ,‬אז דער‬ ‫אויבערשטער וויל‪ ,‬אז מיר זאלן עפענען א קליינעם שפאלט אזויווי די לאך פון א‬ ‫נאדל‪ ,‬און דערנאך וועט ער שוין עפענען פאר אונז א גרויסער עפענונג אזויווי דער‬ ‫טויער פון א זאל‪.‬‬ ‫דער אמת איז אבער‪ ,‬אז אלעס קומט בלויז פונעם אויבערשטן‪ ,‬און אפילו די‬ ‫קליינטשיגע התעוררות וואס דער מענטש טוט ‪ -‬קומט אויך בלויז פון השי"ת‪ ,‬אבער‬ ‫פארט דארף דער מענטש זיך אנגרייטן אז ער זאל קענען זיין ראוי אריינצונעמען אין‬ ‫זיך די השפעה פון קדושה און פון ליכטיגקייט וואס דער אויבערשטער איז משפיע‬ ‫אויף אים‪.‬‬ ‫דאס איז געגליכן צו איינער וואס זייעט איין‪ ,‬וואס ער דארף צוקומען צו די הילף‬ ‫פונעם אויבערשטן‪ ,‬אז עס זאל ארויסוואקסן דערפון א פרי‪ ,‬אבער פארט דארף ער‬ ‫אויך טון זיין חלק‪ ,‬און אליין אנזייען‪ ,‬און דער אויבערשטער וועט שוין העלפן אויף‬ ‫ווייטער‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק "ולקחת מראשית" ‪ -‬אין אנהויב דארפסטו זיך‬ ‫אליין נעמען‪ ,‬און אליין זיך אריינלייגן אין עבודת ה'‪ ,‬און דערויף ערקלערט רש"י‬ ‫"ולא כל ראשית"‪ ,‬דער אויבערשטער ווערט אנגערופן 'כל'‪ ,‬און די כוונה איז‪ ,‬אז‬ ‫דער אויבערשטער וועט דיר נישט צוהעלפן אין דעם 'ראשית' – אין דעם אנהויב‪,‬‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫ווייל אין אנהויב דארף מען זיך אליין שטארקן [כאטש וואס באמת קומט דאס אליין‬ ‫אויך פונעם אויבערשטן]ב‪.‬‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫אז ס'איז דא 'השראת השכינה' איז מען זוכה צו אלע סארט השפעות‬ ‫ְו ָהלַ ְכ ָת ֶאל ַה ָמקוֹּ ם ֲא ֶשר יִׁ ְב ַחר ה’ ֱאלֹּ ֶה ָ‬ ‫יך לְ ַש ֵכן ְשמוֹּ ָשם (כו‪ ,‬ב)‬ ‫און דו זאלסט גיין [ברענגען די ביכורים] צו דער פלאץ וואס דער אויבערשטער‬ ‫האט אויסגעוועלט צו מאכן רוען זיין נאמען דארט [‪-‬דער בית המקדש]‬ ‫דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע ערקלערט‪ ,‬אז די כוונה איז‪ ,‬אז ווען מען טוט‬ ‫תשובה און מען פאררעכט די מעשים [וואס דאס איז מרומז אין דער מצוה פון‬ ‫ביכורים‪ ,‬ווי ער ערקלערט אינעווייניג באריכות]‪ ,‬דאן וועלן מיר זוכה זיין‪ ,‬אז דער‬ ‫אויבערשטער וועט אויסוועלן צו מאכן רוען זיין שכינה כביכול אין יעדן איד‪ ,‬ווייל‬ ‫ווילאנג א מענטש איז נאכנישט פארראכטן ווערט ער פאררעכנט ווי א בעל מום‪,‬‬ ‫ב וזל"ק (דעת משה‪ ,‬עה"פ והיה כי תבוא)‪ :‬או ולקחת מראשית‪ ,‬ולקחת דייקא‪ .‬כי מתחלה צריך שיקח‬ ‫האדם מעצמו‪ ,‬ולהתגבר בעבדות ה' ע"י התעוררות תחתון בלי סיוע עליון כביכול‪ .‬הגם כי‬ ‫גם זה ניתן מאתו ית'‪ ,‬מ"מ צריך האדם תחילה להכין עצמו להיות כלי בית קיבול לקדושתו‬ ‫ית'‪ .‬כדמיון הזורע שהוא נותן הזרע ובעזרת השם גדל‪ ,‬ואעפי"כ צריך הכנת האדם‪ ,‬הגם כי‬ ‫גם זה מאתו ית'‪ .‬והבן היטב ענין זה כי עמוק הוא‪ .‬וזהו ולקחת מראשית כי מראשית צריך‬ ‫שתקח אתה‪ ,‬באתערותא דלתתא‪ ,‬וכמו שאמרו חז"ל פתחו לי פתח כנקב של מחט ואני‬ ‫אפתח לכם כפתחו של אולם‪ ,‬אבל ולא 'כל' ראשית פירושו כנזכר לעיל‪ ,‬שהבוב"ה הנקרא‬ ‫כ"ל לא יסייע אותך אל הראשית‪ ,‬כ"א מעצמך תתחזק במעוז שכלך‪ ,‬הגם כי גם זה מידו ית'‬ ‫ניתן לך‪.‬‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫און צוליב דעם קען ער נישט זוכה זיין צו השראת השכינה‪ ,‬ווייל דער זוהר הקדוש‬ ‫זאגט (בראשית מח‪ ,).‬אז דער אויבערשטער קען נישט רוען אין א פלאץ וואס איז‬ ‫נישט גאנץ‪ ,‬אבער ווען א מענטש פאררעכט זיך‪ ,‬איז ער זוכה צו א השראת‬ ‫השכינה‪.‬‬ ‫דורכדעם וואס די שכינה רוהט ביים מענטש‪ ,‬איז מען מעורר ביים אויבערשטן‪ ,‬אז‬ ‫ער זאל אויספירן זיין רצון וואס ער האט כביכול געוואלט מיט דער גאנצער וועלט‪-‬‬ ‫באשאף‪ ,‬וואס דאס איז געווען‪ :‬צו משפיע זיין גוטס פאר זיינע באשעפענישן‪ ,‬און‬ ‫יעצט ווערט נתעורר אט דעם רצון‪ ,‬און דער אויבערשטער איז משפיע גוטס און‬ ‫חסדים פאר אלעמען‪ .‬דאס איז מרומז אין דעם ווארט "שמו" פון דעם פסוק‪ ,‬ווייל‬ ‫"שמו" איז בגימטריא ’רצון’‪.‬‬ ‫דאס ווארט ’רצון’ איז די זעלבע אותיות ווי דאס ווארט ’צנור’ [א רער]‪ ,‬דאס איז‬ ‫מרמז‪ ,‬אז ווען מען איז מעורר דעם אויבערשטנ'ס רצון עפענען זיך הייליגע 'צינורות'‬ ‫וואס גיסן אלע סארט השפעות‪ ,‬ברכות‪ ,‬און גוטס אויף כלל ישראל‪ ,‬בגשמיות‬ ‫וברוחניותג‪.‬‬ ‫ג וזל"ק (מגן אברהם‪ ,‬עה"פ והיה כי תבוא)‪ :‬וזה אשר יבחר ה' אלהיך לשכן שמו שם‪ ,‬שיבחר השי"ת‬ ‫כביכול להשכין שכינתו בתוך כל אחד ואחד מישראל‪ ,‬כי כל זמן שהאדם אינו זוכה לאור‬ ‫התיקון הוא עדיין בבחינת פגום ובעל מום שאינו יכול להיות בו השראת השכינה כי קוב"ה‬ ‫לא שריא באתר פגום (זוה"ק ח"א מח‪ ).‬אבל על ידי התיקון זוכים להשראת השכינה ועל ילי זה‬ ‫מעוררים רצונו הקדום מה שעלה ברצונו יתברך לברוא את העולם שזה היה בכדי להיטיב‬ ‫לבריותיו וזה מרומז בתיבת שמו שהיא כמנין רצון ורצון הוא אותיות צנור שיתפללו שיתעורר‬ ‫רצונו הקדום לפתוח כל השבילין וצינורות עילאין להשפיע כל הטובות והברכות על כל‬ ‫ישראל בכלל ופרט ברוחניות וגשמיות בני חיי ומזוני רויחי במהרה בימינו אמן‪.‬‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אויבערשטן‬ ‫ית ִׁל ְפנֵ י ה’ ֱאל ֹּ ֶה ָ‬ ‫יך (כו‪ ,‬י)‬ ‫ְו ִׁה ְש ַת ֲחוִׁ ָ‬ ‫און [נאכן ברענגען ביכורים] זאלסטו זיך בוקן פארן אויבערשטן‬ ‫דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע שרייבט‪ :‬מיר זאגן ביי מוסף פון די‬ ‫ימים טובים‪ ,‬אז יעצט אין גלות קענען מיר מער נישט ארויפגיין אין בית‬ ‫המקדש‪ ,‬און מיר קענען מער נישט זוכה זיין זיך צו בוקן פארן אויבערשטן‪,‬‬ ‫שטעלט זיך די שאלה‪ ,‬מילא ארויפגיין צום בית המקדש קענען מיר ליידער‬ ‫טאקע נישט היינט צוטאגס‪ ,‬אבער פארוואס קען מען זיך נישט בוקן פארן‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬דער אויבערשטער איז דאך איבעראל?!‬ ‫נאר דער הייליגער בעל התניא זי"ע שמועסט אויס אין זיין סידור‪ ,‬אז‬ ‫דער פנימיות פון 'זיך בוקן' איז‪ ,‬זיך אינגאנצן אפצושיידן פון אלע תאוות‬ ‫עולם הזה‪ ,‬און גענצליך נכלל צו ווערן אין די קדושה פון השי"ת מיט‬ ‫אן אויסטערלישער ביטול און התפשטות הגשמיות‪ .‬אויף דעם קלאגן מיר‬ ‫ביי מוסף‪ ,‬אז היינט צוטאגס קענען מיר ליידער נישט זוכה זיין צו דער‬ ‫מדריגה‪.‬‬ ‫לויט דעם קען מען ערקלערן דעם פשט אין פסוק‪ ,‬אז די תורה איז‬ ‫מבטיח פאר אלע וואס וועלן מקיים זיין די מצוה פון ביכורים ווי ס'דארף‬ ‫צו זיין‪ ,‬אז זיי וועלן זוכה זיין צו דערגרייכן צו דער הויכער מדריגה‪ ,‬אז‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫זיי וועלן זיך קענען בוקן פארן אויבערשטן‪ ,‬דאס מיינט‪ ,‬אז זיי וועלן זוכה‬ ‫זיין זיך צו מבטל זיין צום אויבערשטן‪ .‬און די ווערטער "לפני ה’ אלקיך"‬ ‫זענען מרמז‪ ,‬אז אלע עבירות – וואס זענען ווי א מחיצה וואס טיילט אפ‬ ‫צוישן אונז און דעם אויבערשטן ‪ -‬וועלן ווערן אפגעווישט‪ ,‬קומט אויס‪ ,‬אז‬ ‫מיר וועלן זיך קענען בוקן גלייך פארן אויבערשטן‪ ,‬גארנישט וועט נישט‬ ‫מפסיק זיין צווישן אונז און דעם באשעפערד‪.‬‬ ‫ד וזל"ק (ערוגת הבושם)‪ :‬ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה אשר נתת לי וגו'‬ ‫והנחתו לפני ה"א והשתחוית לפני ה"א‪ .‬ע"ד דאנו אומרים במוסף של שלש רגלים‬ ‫ומפני חטאינו גלינו מארצנו ונתרחקנו מעל אדמתנו ואין אנו יכולים לעלות ולראות‬ ‫ולהשתחות לפניך וצ"ב בשלמא אין אנו יכולים לעלות ולראות ניחא אבל להשתחות‬ ‫לפניך צ"ב הלא מלא כל הארץ כבודו אבל ענינו מבואר בסידור הרב התניא זי"ע‬ ‫דענין השתחויה הוא להתפשט לגמרי מכל מאוויי עוה"ז ולהכלל בקדושתו ית' ועל‬ ‫דרך זה נראה לפרש מה שארז"ל השתחויה זו פישוט ידים ורגלים אין הכוונה כפשוטו‬ ‫לבד אלא הכוונה הוא התפשטות הגשמיות ע"ד המבואר בשו"ע סי' רל"א עיי"ש‪ .‬וזהו‬ ‫אין אנו יכולים בהתרחקנו מעל אדמתנו והנה התוה"ק הבטיחה למביאי ביכורים דאם‬ ‫יקיים מצוה זו כראוי יזכה לבא למדריגה כזו שיהיה באפשרותו להשתחוות לפני ה"א‬ ‫השתחויה דייקא בפישוט ידים ורגלים בהתפשטות הגשמיות‪ ,‬וקאמר לפני ה"א ע"ד‬ ‫שארז"ל כי אם עונותיכם מבדילים ביניכם לבין אלקיכם והשתא קאמר שתזכה‬ ‫להשתחוות לפני ה"א דייקא שלא יהי' עוונותיך מבדילים בינך לבינו וסר עונך וחטאתך‬ ‫תכופר וא"ש בס"ד‪.‬‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫אז דו וועסט זיך מוטשען אין אנהויב מקיים צו זיין די מצוות‪,‬‬ ‫וועסטו צום סוף זוכה זיין צו שפירן די זיסע טעם!‬ ‫יך ְמ ַצ ְו ָך ַל ֲעשוֹּ ת ֶאת ַה ֻח ִׁקים ָה ֵא ֶלה ְו ֶאת ַה ִׁמ ְש ָפ ִׁטים (כו‪ ,‬טז)‬ ‫ַהיוֹּ ם ַה ֶזה ה’ ֱאל ֹּ ֶה ָ‬ ‫דעם היינטיגן טאג באפעלט דיר דער אויבערשטער‪,‬‬ ‫אז דו זאלסט טון די געזעצן און די דינים‬ ‫דער הייליגער בית אהרן זי"ע האט אמאל ערקלערט‪ ,‬אז די כוונה פון דעם‬ ‫פסוק איז‪ ,‬אז מען דארף טון די מצוות אזויווי "היום הזה" ‪ -‬פונקט ווי דעם‬ ‫טאג‪ ,‬ווייל א טאג איז צוזאמגעשטעלט פון א נאכט וואס דאן איז פינסטער‪ ,‬און‬ ‫נאר דערנאך קומט די ליכטיגקייט פון בייטאג‪ ,‬דאס זעלבע דארף יעדער איד טון‬ ‫די מצוות אויף דעם אופן פון נאכט און דערנאך טאג‪ ,‬ווייל אין אנהויב שפירט‬ ‫מען א פינסטערניש אין די מצוות‪ ,‬מען שפירט נישט קיין שום טעם און הנאה‬ ‫אין די מצוות‪ ,‬און דאן דארף מען מקיים זיין די תורה‪ ,‬מיט א בלויזע אמונה‪,‬‬ ‫ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געהיייסן‪ ,‬און נאר דערנאך העלפט דער‬ ‫אויבערשטער‪ ,‬אז ער שפירט א זיסע טעם און א גרויסע הנאה פון די מצוות‪.‬‬ ‫דאס איז אויך מרומז אין דעם המשך פונעם פסוק‪" :‬את החוקים ואת‬ ‫המשפטים"‪ ,‬דער באדייט פון 'חוקים' איז‪ ,‬די מצוות וואס מען פארשטייט נישט‬ ‫זייער טעם‪ ,‬און דער באדייט פון 'משפטים' איז‪ ,‬די מצוות וואס מען פארשטייט‬ ‫יא דעם טעם‪ ,‬און דער סדר איז‪ ,‬אז אין אנהויב טוט מען די מצוות ווי א 'חוק'‬ ‫אן קיין שום טעם און געפיל דערין‪ ,‬און צום סוף איז מען זוכה צו שפירן א‬ ‫‪ -‬יא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫טעם‪ ,‬דעריבער זאגט דער פסוק צום ערשט "את החוקים" און נאר נאכדעם‬ ‫"ואת המשפטים"ה‪.‬‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫ווען דו ביסט מקיים די מצוה פון ציצית‪ ,‬האב אינזין‬ ‫געראטעוועט צו ווערן פון שלעכטע מחשבות‬ ‫יך ְמ ַצ ְו ָך ַל ֲעשוֹּ ת ֶאת ַה ֻח ִׁקים ָה ֵא ֶלה ְו ֶאת ַה ִׁמ ְש ָפ ִׁטים (כו‪ ,‬טז)‬ ‫ַהיוֹּ ם ַה ֶזה ה’ ֱאל ֹּ ֶה ָ‬ ‫דעם היינטיגן טאג באפעלט דיר דער אויבערשטער‪,‬‬ ‫אז דו זאלסט טון די געזעצן און די דינים‬ ‫דער הייליגער אגרא דכלה זי"ע ערקלערט‪ :‬עס ווערט געברענגט אין ספר‬ ‫’עשרה מאמרות’ (מאמר חיקור דין‪ ,‬א‪ ,‬יא)‪ ,‬אז עס איז דא צומאל וואס א מענטש‬ ‫איז מקיים א עשה‪ ,‬און אינאיינוועגס איז ער אויטאמאטיש זוכה‪ ,‬אויך צו‬ ‫ה וזל"ק (בית אהרן)‪ :‬עוד אמר פעם אחת‪ .‬היום הזה י"י אלקיך מצוך לעשות‪ .‬פי' י"י מצוה‬ ‫לעשות המצות כמו היום הזה‪ .‬כמו שבסדר היום הוא ברישא חשוכא והדר נהורא‪ .‬כן‬ ‫צריך כל בר ישראל לעשות בתחילה מצות הש"י הגם שאינו מרגיש שום טעם ושום‬ ‫תענוג בהמצות רק בהאמונה שהש"י צוה לעשות‪ .‬ואח"כ עוזרו הש"י שמרגיש טעם‬ ‫ותענוג גדול בעשיות המצות כדאיתא נהורא חוורא לא שריא אלא באתר דנהורא אוכמא‬ ‫שריא ברישא‪ .‬ולזה אמר‪ .‬את החוקים ואת המשפטים‪ .‬הוא ג"כ כך כי בתחילה את‬ ‫החוקים‪ .‬חוק הוא בלי טעם רק גזירת המלך הוא על עבדיו‪ .‬ואח"כ ואת המשפטים‪.‬‬ ‫משפט נקרא דבר שיש בו טעם‪.‬‬ ‫‪ -‬יב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫מקיים זיין א לא תעשה‪ ,‬ווי למשל‪ ,‬ווען א מענטש טוט אן ציצית מיטן די‬ ‫כוונה אז דאס זאל אים צוברענגען נישט צו טראכטן שלעכטע מחשבות (אזויווי‬ ‫דער פסוק זאגט (במדבר טו‪ ,‬לט)‪ ,‬אז ציצית איז א שמירה פון שלעכטע מחשבות)‪ ,‬קומט‬ ‫אויס‪ ,‬אז מיט די עשה פון ציצית איז ער אויך מקיים די לא תעשה פון 'ולא‬ ‫תתורו'‪.‬‬ ‫ס'איז באקאנט‪ ,‬אז די עשין' זענען מרמז אויף 'טאג' און די לאוין זענען מרמז‬ ‫אויף 'נאכט'‪ ,‬קומט אויס‪ ,‬אז עשין און לאוין אינאיינעם זענען א גאנצער טאג‪,‬‬ ‫וואס איז צוזאמגעשטעלט פון א נאכט און א טאג‪.‬‬ ‫דאס זאגט דער פסוק‪" :‬היום הזה ה’ אלקיך מצוך" – מיט די מצוות וואס‬ ‫דו ביסט מקיים [אפילו בלויז די 'עשין'] ווערט פאררעכנט כאילו דו האסט‬ ‫מקיים געווען א גאנצער טאג‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬סיי עשין און סיי לא תעשהו‪.‬‬ ‫ו וזל"ק (אגרא דכלה‪ ,‬עה"פ היום הזה)‪ :‬או יאמר על פי האמור בספר עשרה מאמרות‪ ,‬שיש‬ ‫שמירת לא תעשה בקיום העשה‪ ,‬דהיינו שמקיים מצות ציצית שלא יתור אחר מחשבת‬ ‫הלב‪ ,‬ומקיים הלאו ולא תתורו אחרי לבבכם (במדבר טו לט)‪ .‬והנה העשין והלאוון הם כנגד‬ ‫יום שלם‪ ,‬היינו יום ולילה‪ ,‬הלאוין נגד הלילה‪ ,‬והעשין נגד היום כנודע‪ .‬וז"ש (דברים כו טז)‬ ‫היום הזה י"י אלקיך‪.‬‬ ‫‪ -‬יג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫דער אויבערשטער וויל אז דו זאלסט מקיים זיין די מצוות מיט הארץ!!‬ ‫יך ְמ ַצ ְו ָך לַ ֲעשוֹּ ת ֶאת ַה ֻח ִׁקים ָה ֵא ֶלה וְ ֶאת ַה ִׁמ ְש ָפ ִׁטים‬‫ַהיוֹּ ם ַה ֶזה ה’ ֱאל ֹּ ֶה ָ‬ ‫ית אוֹּ ָתם ְב ָכל ְל ָב ְב ָך ו ְב ָכל נַ ְפ ֶש ָך (כו‪ ,‬טז)‬‫וְ ָש ַמ ְר ָת ְו ָע ִׁש ָ‬ ‫דעם היינטיגן טאג באפעלט דיר דער אויבערשטער‪ ,‬אז דו‬ ‫זאלסט טון די געזעצן און די דינים‪ ,‬און דו זאלסט זיי אפהיטן‬ ‫און זיי מקיים זיין מיט דיין גאנצע הארץ און מיט דיין גאנצע זעל‬ ‫דער הייליגער חת"ם סופר זי"ע שרייבט‪ :‬דער אויבערשטער וויל נישט אז מען‬ ‫זאל אים דינען 'כמצוות אנשים מלומדה'‪ ,‬ווי א זאך וואס מען איז שוין‬ ‫צוגעוואוינט דערצו‪ ,‬דער אויבערשטער דארף בעיקר דאס הארץ‪ ,‬אז מען זאל‬ ‫צולייגן הארץ ביי יעדע עבודה וואס מען טוט‪.‬‬ ‫דאס איז דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט איבערגע'חזר'ט די גאנצע‬ ‫תורה נאכאמאל פארן אריינגיין אין ארץ ישראל‪ ,‬ווייל דאן איז געווארן פערציג‬ ‫יאר פון מתן תורה‪ ,‬דעריבער האבן זיי דעמאלטס אנגעהויבן צו פארשטיין און‬ ‫באהעפטן זייער הארץ צו די מצוות (אזויווי חז"ל זאגן‪ ,‬עבודה זרה ה‪ ,):‬דערפאר‬ ‫האט מען געדארפט נאכאמאל איבערגיין די גאנצע תורה‪ ,‬און דאסמאל מיט א‬ ‫נייע געפיל‪ .‬פון דעם דארפן מיר ארויסלערנען‪ ,‬אז דער אויבערשטער וויל אז‬ ‫מען זאל אים דינען מיט הארץ‪ ,‬און נישט אז מען זאל בלויז טון חיצוניות'דיגע‬ ‫פעולות‪.‬‬ ‫‪ -‬יד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪" :‬היום הזה ה’ אלקיך מצוך" – דער‬ ‫אויבערשטער באפעלט דיר דעם היינטיגן טאג נאכאמאל‪ ,‬אויף אלע מצוות‪,‬‬ ‫כאטש וואס ער האט שוין איינמאל געגעבן די תורה‪ ,‬און די סיבה איז‪ ,‬וויבאלד‬ ‫יעצט האט דיין הארץ אנגעהויבן צו פארשטיין די מצוות‪ ,‬אויב אזוי דארפסטו‬ ‫זיך אפלערנען פון דעם‪" :‬ושמרת ועשית אותם בכל לבבך ובכל נפשך" – אז‬ ‫דו זאלסט מקיים זיין די מצוות מיט דיין גאנצע הארץ און מיט דיין גאנצע‬ ‫נשמה‪ ,‬ווייל דאס איז דער עיקר וואס דער אויבערשטער ווילז‪.‬‬ ‫ז וזל"ק (חת"ם סופר‪ ,‬עמ' קו)‪ :‬היום הזה ה' אלקיך מצוך לעשות וגו' ושמרת ועשית‬ ‫אותם בכל לבבך ובכל נפשך‪ .‬יאמר כי אין חפץ להקב"ה במצות אנשים מלומדה‬ ‫אלא בעבודת הלב אשר ע"כ חזר הקב"ה כל התורה בערבות מואב משום שאז נעשו‬ ‫בני ארבעים ועמדו על דעת רבם כאמור בפרשה ולא נתן ה' לכם לב לדעת ועינים‬ ‫לראות ואזנים לשמוע עד היום הזה מזה למדו חז"ל שאין אדם עומד על דעת רבו‬ ‫עד ארבעים שנה ומזה יושפט שהקב"ה חפץ שנעבוד אותו בלב ולא מצות אנשים‬ ‫וזהו היום הזה ה' אלקיך מצוך וגו' אע"פ שכבר ציוך מ"מ חוזר ומצוך היום משום‬ ‫שהוא סוף ארבעים שנה מזה תדע כי רוצה הוא שתעבדהו בכל לבבך ובכל נפשך‬ ‫ולא מצות אנשים‪.‬‬ ‫‪ -‬טו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫אלע השפעות וואס דו באקומסט‪ ,‬זענען אין זכות פון די מצוות וואס דו ביסט מקיים!‬ ‫יך ָכל ַה ְב ָרכוֹּ ת ָה ֵא ֶלה וְ ִׁה ִׁשיגֻ ָך ִׁכי ִׁת ְש ַמע ְבקוֹּ ל ה’‬ ‫ו ָבאו ָע ֶל ָ‬ ‫יך‪ָ :‬ברו ְך ַא ָתה ָב ִׁעיר ו ָברו ְך ַא ָתה ַב ָש ֶדה (כח‪ ,‬ב‪-‬ג)‬ ‫ֱאל ֹּ ֶה ָ‬ ‫און עס וועלן קומען אויף דיר די אלע ברכות‪ ,‬און זיי וועלן דיר דערגרייכן‪,‬‬ ‫ווען דו וועסט זיך איינהערן אין דעם קול פון דיין באשעפער‪ :‬דו וועסט‬ ‫זיין געבענטשט אין שטאט און דו וועסט זיין געבענטשט אין פעלד‬ ‫דער הייליגער כתב סופר זי"ע ערקלערט‪ :‬ווען א מענטש באקומט גוטס‪ ,‬און ער זאגט‬ ‫נישט‪ ,‬אז דאס איז געקומען דורך טבע‪ ,‬נאר ער אנערקענט‪ ,‬אז ער האט זוכה געווען‬ ‫צו דער שפע פון גוטס אין דעם זכות פון א מצוה וואס ער האט געטון ‪ -‬וועט ער ווערן‬ ‫מלא שמחה אויף דער מצוה וואס ער האט אריינגעכאפט‪ ,‬און ער וועט נתעורר ווערן‬ ‫צו גלוסטן צו טון נאך מצוות‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪" :‬ו ָבאו ָע ֶל ָ‬ ‫יך ָכל ַה ְב ָרכוֹּ ת ָה ֵא ֶלה" – די אלע ברכות‬ ‫וועלן קומען אויף דיר‪" ,‬וְ ִׁה ִׁשיגֻ ָך ִׁכי ִׁת ְש ַמע ְבקוֹּ ל ה’ ֱאלֹּ ֶה ָ‬ ‫יך" – און זיי וועלן אנקומען‬ ‫צו דיר פונקט אין דער צייט וואס דו וועסט מקיים זיין א מצוה‪ ,‬וואס דורכדעם וועסטו‬ ‫פארשטיין און איינזען אז דאס איז געקומען אין זכות פון די מצוות וואס דו האסט‬ ‫געטון‪.‬‬ ‫"ברו ְך ַא ָתה ָב ִׁעיר ו ָברו ְך ַא ָתה ַב ָש ֶדה"‪ ,‬און דער‬ ‫דעריבער פירט דער פסוק אויס‪ָ :‬‬ ‫מדרש ערקלערט דערויף (מדרש לקח טוב)‪ ,‬אז אין זכות פון די מצוות וואס דו טוסט אין‬ ‫שטאט‪ ,‬וועסטו זיין געבענטשט אין שטאט‪ ,‬ווי למשל‪ ,‬אז דו וועסט אפשיידן חלה‬ ‫‪ -‬טז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫וועט אריינקומען א ברכה אין די טייג‪ ,‬און אין די זכות פון די מצוות וואס דו טוסט אין‬ ‫פעלד וועסטו זיין געבענטשט אין פעלד‪ ,‬ווי למשל‪ ,‬אז דו וועסט אפשיידן תרומות‬ ‫ומעשרות וועט אריינקומען א ברכה אין דיין תבואה‪ .‬וואס דאס מיינט‪ ,‬אז דו וועסט‬ ‫זען מיט די אויגן קלאר‪ ,‬אז דער זכות פון די מצוות האט דיר געברענגט די השפעותח‪.‬‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫אז דו וועסט דינען דעם אויבערשטן‪ ,‬וועט ער דיר געבן השפעות‪,‬‬ ‫כדי דו זאלסט קענען רואיג ממשיך זיין מיט דיין עבודה‬ ‫יך ָכל ַה ְב ָרכוֹּ ת ָה ֵא ֶלה וְ ִׁה ִׁשיגֻ ָך ִׁכי ִׁת ְש ַמע ְבקוֹּ ל ה’‬ ‫ו ָבאו ָע ֶל ָ‬ ‫יך‪ָ :‬ברו ְך ַא ָתה ָב ִׁעיר ו ָברו ְך ַא ָתה ַב ָש ֶדה (כח‪ ,‬ב‪-‬ג)‬ ‫ֱאל ֹּ ֶה ָ‬ ‫און עס וועלן קומען אויף דיר די אלע ברכות‪ ,‬און זיי וועלן דיר דערגרייכן‪,‬‬ ‫ווען דו וועסט זיך איינהערן אין דעם קול פון דיין באשעפער‪ :‬דו וועסט‬ ‫זיין געבענטשט אין שטאט און דו וועסט זיין געבענטשט אין פעלד‬ ‫דער הייליגער כתב סופר זי"ע ערקלערט‪ :‬דער הייליגער רמב"ם שרייבט (הל' תשובה‬ ‫ט‪ ,‬א)‪ ,‬אז אלע גוטע ברכות און השפעות וואס די תורה רעכנט אויס‪ ,‬אז דאס גייט‬ ‫ח וזל"ק (כתב סופר עה"פ ובאו עליך)‪ :‬ונ"ל עוד כי בוודאי אם רואה אדם שנתברך בזכות המצוה‬ ‫הוא שמח על שהי' זריז במצוה ונפשו חשקה לעשות עוד מצות ואינו תולה הברכה במקרה‪,‬‬ ‫וזהו שהבטיח ה' כי יבואו עליך כל הברכות האלה והשיגוך כי תשמע שישיגו אותך בעת‬ ‫אשר תשמע לקול ה' אלקיך שתהי' מבין ומכיר שבזכות המצות באו לך הברכו' ואמר ברוך‬ ‫אתה בעיר וברוך אתה בשדה במדרש במצות שבעיר שיפריש חלה ועיסה מתברך ובשדה‬ ‫בתרומות ומעשרו' הכרי מתברך ויראה בעין כי בזכות המצות גורמת לו כל אלה וק"ל‪.‬‬ ‫‪ -‬יז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫קומען אויף די וואס זענען מקיים די מצוות‪ ,‬זענען באמת נישט קיין 'שכר' אויף די‬ ‫מצוות‪ ,‬נאר די כוונה איז‪ ,‬אז ווען איינער דינט דעם אויבערשטן‪ ,‬געבט אים דער‬ ‫אויבערשטער גוטס‪ ,‬ער געבט אים גשמיות'דיגע השפעות‪ ,‬כדי ער זאל נישט האבן‬ ‫קיין שטער צו עבודת ה'‪ ,‬און ער זאל קענען מקיים זיין די תורה ומצוות מיט א‬ ‫רואיגקייט און א יישוב הדעת‪.‬‬ ‫יך ָכל ַה ְב ָרכוֹּ ת ָה ֵא ֶלה ְו ִׁה ִׁשיגֻ ָך ִׁכי ִׁת ְש ַמע"‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪" :‬ו ָבאו ָע ֶל ָ‬ ‫– די אלע ברכות וועלן קומען צו דיר‪ ,‬נאר מיט דעם ציל‪ ,‬אז דו זאלסט קענען שטענדיג‬ ‫זיך איינהערן אין דעם קול פונעם אויבערשטן‪ ,‬און מקיים זיין זיינע מצוות ָאן קיין שום‬ ‫אפהאלט‪.‬‬ ‫צוליב דעם דרוקט זיך דער פסוק אויס מיטן לשון‪"ְ :‬ו ִׁה ִׁשיגֻ ָך"‪ ,‬און נישט "ורדפוך"‪,‬‬ ‫ווייל אויב די גוטס וואס דער אויבערשטער געבט‪ ,‬וואלט געווען אנשטאט די שכר‬ ‫אויף יענער וועלט‪ ,‬וואלט געווען פאררעכנט אז די גוטס וואס ער באקומט 'רודפ'ט‬ ‫אים'‪ ,‬ווייל דורכדעם וועט ער פארלירן אייביגע גוטס אויף יענער וועלט‪ ,‬אבער‬ ‫וויבאלד דאס אלעס איז נישט קיין 'שכר' נאר א מיטל צו קענען ממשיך זיין מיט עבודת‬ ‫ה'‪ ,‬דעריבער זאגט דער פסוק "והשיגוך"‪ ,‬און נישט "ורדפוך"ט‪.‬‬ ‫ט וזל"ק (כתב סופר עה"פ ובאו עליך)‪ :‬עוד נ"ל עפמ"ש הרמב"ם דכל היעודים שבתורה אינם מתן‬ ‫שכר רק הכנה שלא יהיה ביטול בעבודת השם וכל המכין עצמו לעבודת ה' קב"ה מטיב עמו‬ ‫כדי שלא יהי' לו מונע וז"ש ובאו עליך כל הברכו' האלה והשיגוך כי תשמע כדי שתוכל‬ ‫לשמוע בקול ה' תמיד וא"ש ג"כ מה דאמר והשיגוך כי אם משלם ה' לאדם בעה"ז כמו‬ ‫שמשלם לרשעים להאבידו אז הברכות רודפי' אותו מחיי עה"ב ולכן אמר והשיגוך ולא‬ ‫ורדפוך וק"ל‪.‬‬ ‫‪ -‬יח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫אז מען פירט זיך ראש השנה מיט הכנעה‪ ,‬איז מען זוכה צו אלע השפעות‬ ‫יְ ַצו ה’ ִׁא ְת ָך ֶאת ַה ְב ָר ָכה (כח‪ ,‬ח)‬ ‫דער אויבערשטער זאל באפעלן אז ס'זאל זיין מיט דיר א ברכה‬ ‫דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע שרייבט‪ :‬דער פסוק איז מרמז אויף די שמונה‬ ‫עשרה פון ראש השנה‪ ,‬וואס מען פירט זיך צו דאווענען די גאנץ שמונה עשרה מיט‬ ‫אן אראפגעבוינעם קאפ (שולחן ערוך סי' תקפב‪ ,‬ד)‪ .‬אין דער צייט וואס א גאנץ יאר בוקט‬ ‫מען זיך נאר פיר מאל ביי שמונה עשרה [אנהויב און סוף פון דער ערשטער ברכה און‬ ‫פון 'מודים']‪ ,‬אבער ראש השנה דאווענען מיר אלע ברכות פון שמונה עשרה מיט אן‬ ‫אראפגעבויגענעם קאפ‪ ,‬כדי ארויסצואווייזן א הכנעה צום אויבערשטן‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם לשון 'ברכה' פון דעם פסוק‪ ,‬ווייל דאס איז א לשון פון 'קניען'‬ ‫[אזויווי "וכל ברך לך תכרע"]‪ ,‬און דורכדעם וועט אויסגעפירט ווערן דער פשוט'ער‬ ‫פשט פון דעם פסוק‪ ,‬אז דער אויבערשטער וועט ממשיך זיין אויף כלל ישראל‪ ,‬ברכות‬ ‫און השפעותי‪.‬‬ ‫י וזל"ק (מגן אברהם‪ ,‬עה"פ והיה כי תבוא)‪ :‬וזה יצו ה' אתך את הברכה‪ ,‬מרומז להברכות שבשמונה‬ ‫עשרה מתפלות ראש השנה שאנחנו אומרים אותם בשחיה כמרומז בתיבת ברכה שהיא‬ ‫מלשון וכל ברך לך תכרע (מתפלת נשמת כל חי) שבכל השנה הוא רק ד' כריעות בברכה ראשונה‬ ‫תחילה וסוף ובברכת מודים תחילה וסוף‪ ,‬מה שאין כן בראש השנה שאנחנו אומרים כל‬ ‫הברכות בהכנעה ובכפיפת קומה לפניו יתברך‪ ,‬ועל ידי זה יצו ה' אתך את הברכה העליונה‬ ‫שתשרה בישראל‪.‬‬ ‫‪ -‬יט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪ -‬יא ‪-‬‬ ‫מקיים זיין עונג שבת מיט א שמחה‬ ‫ַת ַחת ֲא ֶשר לֹּא ָע ַב ְד ָת ֶאת ה’ ֱאל ֹּ ֶה ָ‬ ‫יך ְב ִׁש ְמ ָחה (כח‪ ,‬מז)‬ ‫[די אלע קללות וועלן קומען אויף דיר] וויבאלד דו‬ ‫האסט נישט געדינט דעם אויבערשטן מיט א שמחה‬ ‫דער הייליגער אגרא דכלה זי"ע ערקלערט‪ ,‬אז דער פסוק איז מרמז‪ ,‬אז די‬ ‫קללות וועלן חלילה קומען וויבאלד מען האט נישט מקיים געווען די מצוה‬ ‫פון עונג שבת מיט א שמחה‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין די ווערטער "תחת אשר"‪ ,‬די כוונה איז‪ ,‬די אותיות וואס‬ ‫זענען נאך די אותיות א'ש'ר'‪ ,‬דאס קומט אויס די אותיות ש'ב'ת' [נאך א'‬ ‫איז ב'‪ ,‬נאך ש' איז ת'‪ ,‬נאך ר' איז ש'‪ ,‬ס"ה‪ :‬שבת]‪ ,‬און דאס איז מרמז אז‬ ‫מען האט נישט מקבל געווען דעם שבת מיט א שמחהיא‪.‬‬ ‫יא וזל"ק‪ :‬תחת אשר לא עבדת את וכו'‪ .‬לכאורה הוה ליה למימר על אשר וכו'‪.‬‬ ‫וירמוז לדעתי חוץ הפשוט על אשר לא ענגו את השבת בשמחה‪ ,‬כי אותיות שבת‬ ‫הם תחת אש"ר‪ ,‬היינו אחר אותיות אשר הם אותיות שב"ת‪ ,‬וכבר קדם מאמרינו‬ ‫בפייט לכה דודי מראש מקדם נסוכה‪ ,‬והמ"י‪.‬‬ ‫‪-‬כ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪ -‬יב ‪-‬‬ ‫פארוואס שפירט מען נישט קיין שמחה אין עבודת ה'?!‬ ‫ַת ַחת ֲא ֶשר לֹּא ָע ַב ְד ָת ֶאת ה’ ֱאל ֹּ ֶה ָ‬ ‫יך ְב ִׁש ְמ ָחה (כח‪ ,‬מז)‬ ‫[די אלע קללות וועלן קומען אויף דיר] וויבאלד דו‬ ‫האסט נישט געדינט דעם אויבערשטן מיט א שמחה‬ ‫דער הייליגער אגרא דכלה זי"ע ערקלערט‪ ,‬אז די אותיות פון דעם 'מילוי' פון א’ש’ר’‬ ‫[דאס מיינט‪ ,‬די אותיות וואס פילן אן די דריי אותיות א'‪ ,‬ש'‪ ,‬ר'‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬פון אל"ף‬ ‫– די אותיות ל' און פ'‪ ,‬פון שי"ן – די אותיות י' און נ'‪ ,‬און פון רי"ש – די אותיות י' און‬ ‫ש'] זענען בגימטריא ‪ ,480‬וואס דאס איז די זעלבע גימטריא פון דעם ווארט 'לילית'‪,‬‬ ‫וואס דאס איז דער נאמען פון דער קליפה וואס איז געשטעלט אויף פגם הברית‪.‬‬ ‫וויבאלד דער שורש פון דעם נאמען פון דער קליפה איז‪’ :‬יללה’‪ ,‬דעריבער‪ ,‬ווער עס‬ ‫ווערט אריינגעכאפט אין איר נעץ‪ ,‬און ער איז חלילה פוגם‪ ,‬דער האט נישט קיין שמחה‬ ‫אין זיין תורה און אין זיין עבודת ה'‪.‬‬ ‫דאס זאגט דער פסוק‪" :‬תחת אשר" – וויבאלד דו ביסט נאכגעגאנגען די קליפה וואס‬ ‫איר נאמען איז די זעלבע גימטריא ווי די 'מילוי' פון ’אשר’‪ ,‬דעריבער‪" :‬לא עבדת את‬ ‫ה’ אלקיך בשמחה" – האסטו נישט געקענט דינען דעם אויבערשטן מיט א שמחה‪.‬‬ ‫דער אויבערשטער זאל אונז ראטעווען פון אלעם שלעכטסיב‪.‬‬ ‫יב וזל"ק‪ :‬וירמוז עוד תחת אשר וכו'‪ .‬ר"ל האותיות המילוי של אש"ר (המילוי מיקרי תחת להפשוט)‪,‬‬ ‫הם בגימטריא ת"פ קליפת לילי' ששורש שמה יללה‪ ,‬ומי שנתפתה אחריה ח"ו בזנות ובז"ל‬ ‫ח"ו‪ ,‬אין לו שמחה לתורה ועבודה‪ ,‬הש"י ישמרנו מכל דבר רע‪.‬‬ ‫‪ -‬כא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪ -‬יג ‪-‬‬ ‫א איד בלייבט אלעמאל א קנעכט פון באשעפער!‬ ‫ְו ִׁה ְת ַמ ַכ ְר ֶתם ָשם ְלאֹּיְ ֶב ָ‬ ‫יך לַ ֲע ָב ִׁדים וְ ִׁל ְש ָפחוֹּ ת ְו ֵאין קֹּנֶ ה (כח‪ ,‬סח)‬ ‫און איר וועט ווערן פארקויפט דארט [אין גלות] פאר קנעכט‬ ‫און פאר דינסטן‪ ,‬און קיינער וועט אייך נישט וועלן אפקויפן‬ ‫אין ספר ’ראשי בשמים’ ווערט געברענגט‪ ,‬אז הרה"ק רבי איציק פון ראדוויל זי"ע‬ ‫האט געוויינט עטליכע שעה צו וויסן דעם פנימיות'דיגן פשט פון דעם פסוק‪ ,‬ביז זיין‬ ‫גרויסער טאטע [דער הייליגער זלאטשובער מגיד זי"ע] איז געקומען צו אים‪ ,‬און ער‬ ‫האט אים געזאגט דער פשט‪ ,‬ווי פאלגנד‪:‬‬ ‫חז"ל זאגן (סנהדרין קה‪ ,).‬אז דער אויבערשטער האט אנגערופן נבוכדנצר מיטן נאמען‬ ‫'עבדי' [מיין נעכט] (ירמיה מג‪ ,‬י)‪ ,‬און דער טעם דערפון איז‪ ,‬ווייל דער אויבערשטער‬ ‫האט געוואוסט‪ ,‬אז די אידן וועלן גיין אין גלות‪ ,‬און ווערן אונטערטעניגט אונטער‬ ‫נבוכדנצר‪ ,‬און דאן וועלן די אידן זאגן‪ ,‬אז זיי דארפן מער נישט היטן די תורה און‬ ‫מצוות‪ ,‬ווייל דער אויבערשטער האט זיי פארקויפט פאר נבוכדנצר‪ ,‬אויב אזוי זענען‬ ‫זיי מער נישט קנעכט פונעם באשעפער (סדר עולם רבה‪ ,‬כו)‪ ,‬דעריבער האט אים דער‬ ‫אויבערשטער אנגערופן 'עבדי' – אז ער איז דער קנעכט פון השי"ת‪ ,‬און די הלכה איז‬ ‫(פסחים פח‪ ,):‬אז אלעס וואס אן עבד האט באקומען געהערט פארן הער‪ ,‬אויב אזוי‬ ‫קומט אויס‪ ,‬אז אפילו ווען די אידן זענען אונטערטעניגט אונטער נבוכדנצר‪ ,‬זענען זיי‬ ‫באמת ווייטער דעם פאלק פונעם אויבערשטן‪ ,‬ווייל ער איז דאך דער הער פון‬ ‫נבוכדנצר‪ ,‬אויב אזוי קענען זיי קיינמאל נישט אפלאזן די עול פון תורה און מצוות‪.‬‬ ‫‪ -‬כב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪" :‬וְ ִׁה ְת ַמ ַכ ְר ֶתם ָשם ְלאֹּיְ ֶב ָ‬ ‫יך ַל ֲע ָב ִׁדים וְ ִׁל ְש ָפחוֹּ ת" –‬ ‫איר וועט ווערן פארקויפט אין גלות צו אזעלכע פעלקער וואס זיי זענען קנעכט פונעם‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬און צוליב דעם " ְו ֵאין קֹּנֶ ה" – וועט קיינער אייך נישט קענען אפקויפן‪,‬‬ ‫ווייל איר וועט אייביג בלייבן אונטער די רשות פונעם באשעפעריג‪.‬‬ ‫ספר ראשי בשמים [להגה"צ רבי ישעיה מושקאט זצ"ל‪ ,‬אבד"ק פראג]‪:‬‬ ‫יג‬ ‫והתמכרתם שם לאויביך לעבדים ואין קונה‪ .‬יובן על פי מה ששמעתי מחותני הרב‬ ‫הקדוש רבי איצק מראדוויל זלה"ה שבכה על זה כמה שעות לדעת פירושו‪ ,‬ובא‬ ‫אליו אביו הקדוש [המגיד מזלאטשוב זי"ע] ואמר לו שהפירוש הוא על דרך מה‬ ‫שאמרו רז"ל שהקב"ה קרא לנבוכדנצר עבדי‪ ,‬שגלוי לפניו יתברך שישראל יהיו נמסרין‬ ‫לידו ואמרו רז"ל שמפני זה רצו ישראל לפרוק מעליהם עול מלכות שמים בימי‬ ‫יחזקאל ששאלו את יחזקאל עבד כהן מהו שיאכל בתרומה אמר להם כתיב כבר‬ ‫בתורה וכל עבד איש וכו' המה יאכלו בלחמו‪ ,‬ושאלוהו עוד אם מכרו הכהן לזרים‬ ‫מהו דינו אמר להם שוב אינו אוכל בתרומה אמרו לו אף אנו כיון שמכרנו הקב"ה‬ ‫לנבוכדנצר שוב אין אנו מחויבי לשמור את מצות ה' ואמר להם יחזקאל העולה על‬ ‫תהיה וכו' ומפני זה קרא לו השם יתברך עבד שכל מה שקנה‬ ‫רוחכם היה לא‬ ‫עבד קנה רבו‪ ,‬ואם כן לא יוכלו לצאת מרשותו של הקב"ה לפרוק עול מלכות שמים‬ ‫מעליהם‪ ,‬וזהו שאמר הפסוק והתמכרתם שם לעבדים ולשפחות כלומר כי הבעלים‬ ‫שלכם יהיו עבדים להשם יתברך ומפני זה ואין קונה לא יהיה להם בכם שום זכות‬ ‫וקנין והבן זה‪.‬‬ ‫יד וזל"ק (חת"ם סופר‪ ,‬עמ' קטו)‪ :‬אחת שאלתי מאת ה' ר"ל דאחז"ל (תענית ח') אין לבקש על‬ ‫שני דברים כאחד דאינו נענה אפי' על אחד מהם דכתי' ונצומה ונבקשה על זאת ולא‬ ‫על אחריתי‪ ,‬ואנו מבקשים כמה וכמה דברים בשמנה עשרה ובאבינו מלכנו אלא כל‬ ‫‪ -‬כג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫כי תבא‬ ‫‪ -‬יד ‪-‬‬ ‫איין כוונה מיט אלע אונזערע בקשות – צו קענען דינען דעם אויבערשטן רואיג!‬ ‫ַא ַחת ָש ַאלְ ִׁתי ֵמ ֵאת ה’ אוֹּ ָתה ֲא ַב ֵקש ִׁש ְב ִׁתי ְב ֵבית ה’ ָכל‬ ‫יכלוֹּ (תהילים כז‪ ,‬ד)‬ ‫יְ ֵמי ַח ַיי ַל ֲחזוֹּ ת ְבנ ַֹּעם ה’ ולְ ַב ֵקר ְב ֵה ָ‬ ‫[דוד המלך זאגט‪ ]:‬איך האב געבעטן איין זאך פונעם אויבערשטן‪ ,‬דאס איז מיין‬ ‫בקשה‪ ,‬אז איך זאל זוכה זיין צו זיצן מיין גאנץ לעבן אין דעם אויבערשטנ'ס הויז‪,‬‬ ‫צו זען די זיסקייט פונעם אויבערשטן‪ ,‬און צו קומען יעדן אינדערפריה אין זיין היכל‬ ‫דער הייליגער חת"ם סופר ערקלערט דעם פסוק [וואס מ'זאגט אום חודש אלול]‪,‬‬ ‫לויט ווי חז"ל זאגן (תענית ח‪ ,):‬אז מען טאר נישט בעטן פונעם אויבערשטן‪ ,‬אויף צוויי‬ ‫בקשות צוזאמען‪ ,‬ווייל דאן קען זיין‪ ,‬אז ער זאל נישט פועל'ן אפילו איין בקשה אויך‬ ‫נישט‪ .‬אויב אזוי דארף מען פארשטיין פארוואס מיר בעטן יא אסאך בקשות‬ ‫אויפאמאל‪ ,‬ביי שמונה עשרה און ביי אבינו מלכינו‪ ,‬נאר דער אמת איז‪ ,‬אז אונזער‬ ‫כוונה מיט אלע אונזערע בקשות איז בלויז איינס‪ :‬אז מיר זאלן קענען זיצן און לערנען‬ ‫און דינען דעם אויבערשטן מיט א רואיגקייט אן קיין שטערונגען‪ ,‬אויב אזוי ווערן אלע‬ ‫אונזערע בקשות פאררעכנט ווי איין בקשה‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪" :‬אחת שאלתי מאת ה’ אותה אבקש" – אפילו איך‬ ‫ב עט אסאך בקשות‪ ,‬ווערט דאס אבער פאררעכנט כאילו איך בעט בלויז איין בקשה‬ ‫פונעם אויבערשטן‪ ,‬נישט מער‪" ,‬שבתי בבית ה’ כל ימי חיי" – ווייל מיין גאנצער ציל‬ ‫איז בלויז צו קענען זיצן און לערנען און מקיים זיין מצוותיד‪.‬‬ ‫כוונתינו אינו אלא א' שיהי' לנו הכנות לישב בבית ה' ולחזות בנועמו‪ ,‬והיינו אחת‬ ‫שאלתי מאת ה' אותה אבקש ולא יותר והיינו שבתי בבית ה' כל ימי חיי‪.‬‬ ‫‪ -‬כד ‪-‬‬