gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — כי תבוא (2026-08-24)

מוציא לאור: עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish

שבוע: כי תבוא (2026-08-24)

עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — כי תבוא (2026-08-24)

פתח את ה-PDF הורדה

‫זה השער לד'‬ ‫צדיקים יבאו בו‬ ‫דברי תורה אין אידיש‬ ‫בדרכי העבודה והחסידות‬ ‫עוﬥﬨ‬ ‫ארויסגענומען פונעם‬ ‫ספר‬ ‫שבﬨ‬ ‫מאת‬ ‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬ ‫ממונקאטש‬ ‫פרשת כי תבוא‬ ‫ארויסגעגעבן דורך‪:‬‬ ‫תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש‬ ‫בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א‬ ‫‪5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219‬‬ ‫צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול‬ ‫דאס צו באקומען אין אימעיל‪,‬‬ ‫שרייבט אייך איין ביי‪TTTB5202@gmail.com :‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ב‬ ‫תוכן המאמר‪:‬‬ ‫האבות הקדושים היו בבחינת ׳מרכבה לשכינה׳‪ ,‬שכל מעשיהם‬ ‫ומחשבותיהם לא היו אלא לעשות רצון קונם ולהמשיך כבוד‬ ‫שמים בעולם‪ .‬ואף שאין אנו מגיעים למדרגתם‪ ,‬מכל מקום‬ ‫זהו תכלית עבודת כל איש ישראל‪ ,‬להשתוקק שיהיו כל‬ ‫מעשיו וכל אשר לו קודש לעבודת השי"ת‪.‬‬ ‫וזהו ענין מצות ביכורים‪ ,‬שבזה זוכה האדם להעלות את‬ ‫ראשית עמלו אל הקדושה‪ ,‬ומגלה שכל אשר לו אינו אלא‬ ‫לעבודת ד'‪ .‬ובזה מתקשר למדרגת האבות הקדושים‪ ,‬להיות‬ ‫גם הוא בבחינת מרכבה לשכינה‪ ,‬כל חד לפום דרגא דיליה‪.‬‬ ‫ועל כן הקדים הכתוב לפרשת ביכורים את "וירשתה וישבת‬ ‫בה"‪ ,‬לרמז שהארץ היא ירושת האבות‪ .‬וכן נסמכה פרשת‬ ‫ביכורים למחיית עמלק‪ ,‬כי עמלק בא לנתק את ישראל‬ ‫משורשם ומקדושת האבות‪ ,‬והתגברות עליו היא בכח האבות‪,‬‬ ‫אברהם יצחק ויעקב‪ .‬ועל כן פותחת קריאת פרשת ביכורים‬ ‫ב"ארמי אובד אבי" ומסיימת ב"אלקי אבותינו"‪ ,‬להורות על‬ ‫ההתקשרות לאבות והמשכת עבודתם בישראל‪.‬‬ ‫וכאשר צפה משה רבינו שעתיד בית המקדש ליחרב וביכורים‬ ‫עתידין להיפסק‪ ,‬עמד והתקין שלש תפילות בכל יום‪ ,‬שהן‬ ‫כנגד שלשה אבות‪ .‬ובהן מעמיד האדם את עצמו לפני קונו‪,‬‬ ‫וממשיך גם לאחר החורבן את אותה עבודה שהיתה בביכורים‪.‬‬ ‫וכן הוא בעונג שבת קודש‪ ,‬שג' סעודות שבת הן כנגד ג' אבות‪,‬‬ ‫ועל ידיהן מעלה האדם את עניני גשמיותו ומעטרם לכבוד‬ ‫השכינה‪ .‬ועל ידי זה מתדבק למדת האבות ולשכינה הקדושה‪,‬‬ ‫ולכן "המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים"‪ ,‬כי‬ ‫הדבוק בשכינה הקדושה זוכה לנחלה שאין לה גבול ומיצר‪.‬‬ ‫ג‬ ‫פרשת כי תבוא‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ד‬ ‫פרשת כי תבוא‬ ‫ָהָָאֶרץ ֲאֲֶׁשֶ ר ד' ֱאֱֹל ֶֹקֶ ָ‬ ‫יָך‬ ‫ְוְ ָהָ ָיָה ִּכִי ָתָ בֹוא ֶאֶ ל ֶ‬ ‫ֹנ ֵֹתֵ ן ְלְ ָָך ַנַ ֲֲחָלָה ִוִ ִיִר ְְׁשָּתָ ּה ְוְ ָיַָׁשַ ְבְ ָּתָ ָּבָּה‪ְ ,‬וְ ָלַָקַ ְחְ ָּתָ‬ ‫אִׁשית ָּכָל ְּפְ ִִרי ָהָ ֲאֲָדָ ָמָ ה ֲאֲֶׁשֶ ר ָּתָ ִבִ יא‬ ‫ֵמֵ ֵֵר ִ‬ ‫יָך ֹנ ֵֹתֵ ן ָל ְְָך ְוְ ַׂשַ ְמְ ָּתָ ַבֶַּטֶ ֶנֶא‬ ‫ַאְרְצְ ָָך ֲאֲֶׁשֶ ר ד' ֱאֱֹל ֶֹקֶ ָ‬ ‫ֵמֵ ְ‬ ‫ְוְ ָהָ ַלְַכְָּתָ ֶאֶ ל ַהַָּמָ קֹום ֲאֲֶׁשֶ ר ִיְִבְ ַחַר ד' ֱאֱֹל ֶֹקֶ ָ‬ ‫יָך‬ ‫ְלְ ַׁשַ ֵּכֵן ְְׁשמֹו ָׁשָ ם‪.‬‬ ‫(כו‪ ,‬א‪-‬ב)‬ ‫‪ਪ‬מצות ביכורים‬ ‫דער בעל הטורים שרייבט‪ ,‬אז דאס ווארט "תבוא״ האט די זעלבע אותיות ווי "אבות"‪ .‬דארף‬ ‫מען פארשטיין‪ :‬וואס האט דער רמז פון "אבות" א שייכות מיט דער מצוה פון ביכורים?‬ ‫ביכורים איז א מצוה וואס האט צו טוהן מיט א פעלד און מיט פירות‪ .‬א איד ארבעט אין זיין‬ ‫פעלד‪ ,‬און ווען די ערשטע פירות הייבן אן צו ווערן רייף‪ ,‬מאכט ער אויף זיי א סימן‪ .‬ווען‬ ‫די צייט קומט‪ ,‬נעמט ער די ערשטע פירות און ברענגט זיי צום בית המקדש‪ ,‬צום כהן‪ ,‬און‬ ‫לייענט די פרשה פון ביכורים‪.‬‬ ‫ווי קומט דא אריין די אבות הקדושים?‬ ‫אין מדרש (תנחומא כי תבוא א) שטייט‪" :‬צפה משה שבית המקדש עתיד ליחרב‪ ,‬וביכורים‬ ‫עתידין לפסק‪ ,‬עמד והתקין להם לישראל שיהו מתפללין שלש פעמים בכל יום" ‪ -‬משה‬ ‫ה‬ ‫פרשת כי תבוא‬ ‫רבינו האט פאראויס געזען אז דער בית המקדש וועט אמאל חרוב ווערן‪ ,‬און מען וועט מער‬ ‫נישט קענען מקיים זיין די מצוה פון ביכורים‪ .‬דערפאר איז ער אויפגעשטאנען און מתקן‬ ‫געווען פאר כלל ישראל‪ ,‬אז מען זאל דאווענען דריי מאל יעדן טאג‪.‬‬ ‫אויך דאס דארף מען פארשטיין‪ :‬וואס פאר א שייכות איז דא צווישן די מצוה פון ביכורים‬ ‫און שחרית‪ ,‬מנחה און מעריב? וואס האט א קארב מיט די ערשטע פירות צו טוהן מיט‬ ‫אונזער דאווענען יעדן טאג?‬ ‫כדי דאס אלעס צו פארשטיין‪ ,‬דארף מען קודם זיך אביסל מתבונן זיין אין די מהות פון די‬ ‫אבות הקדושים‪.‬‬ ‫מרכבה לשכינה‬ ‫חז"ל זאגן (בראשית רבה פמ"ז ו)‪" :‬האבות הן הן המרכבה" ‪ -‬די אבות הקדושים זענען געווען א‬ ‫מרכבה פאר דער שכינה הקדושה‪.‬‬ ‫וואס מיינט דאס?‬ ‫א מרכבה‪ ,‬א וואגן‪ ,‬האט נישט קיין אייגענעם רצון און קיין אייגענע ציל‪ .‬דער רייטער‬ ‫באשליסט וואו צו גיין און אין וועלכע ריכטונג צו פירן‪ ,‬און די מרכבה גייט אינגאנצן נאך‬ ‫דעם רצון פונעם רייטער‪.‬‬ ‫אזוי זענען געווען די הייליגע אבות‪.‬‬ ‫זייער גאנצע לעבן איז געווען אינגאנצן איבערגעגעבן צום רצון פונעם אויבערשטן‪ .‬יעדע‬ ‫פעולה‪ ,‬יעדע ווארט און יעדע מחשבה זענען געווען נאר צו טוהן דעם רצון הבורא און‬ ‫מגלה זיין כבוד שמים אויף‬ ‫דער וועלט‪ .‬זייער גאנצע‬ ‫מציאות איז געווארן ווי א‬ ‫יעדער איד דארף שטרעבן‬ ‫כלי‪ ,‬דורך וועלכן די שכינה‬ ‫אז אויך זיינע מעשים‪ ,‬זיין‬ ‫הקדושה זאל זיך קענען‬ ‫ארבעט‪ ,‬זיינע מחשבות און‬ ‫אנטפלעקן אויף דער וועלט‬ ‫(עיין בספר ליקוטי אמרים להגה"ק‬ ‫זיין גאנצע לעבן זאלן זיין בטל‬ ‫בעל התניא זי"ע פרק לד)‪.‬‬ ‫צום רצון ד'‪ .‬אז דאס וואס‬ ‫יעדער איד דארף שטרעבן‬ ‫ער טוט אויף דער וועלט זאל‬ ‫אז אויך זיינע מעשים‪ ,‬זיין‬ ‫ארבעט‪ ,‬זיינע מחשבות‬ ‫ברענגען כבוד שמים און זיין א‬ ‫און זיין גאנצע לעבן זאלן‬ ‫נחת רוח פארן אויבערשטן‪.‬‬ ‫זיין בטל צום רצון ד'‪ .‬אז‬ ‫דאס וואס ער טוט אויף דער וועלט זאל ברענגען כבוד שמים און זיין א נחת רוח פארן‬ ‫אויבערשטן‪.‬‬ ‫אבער חז"ל זאגן (ברכות טז‪ ,‬ב) "אין קורין אבות אלא לשלשה" ‪ -‬נאר אברהם‪ ,‬יצחק און יעקב‬ ‫ווערן אנגערופן "אבות"‪ ,‬ווייל נאר זיי האבן זוכה געווען צו דער שלימות פון דער מדרגה‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ו‬ ‫קיינער פון אונז קען נישט צוקומען צו דער מדרגה פון די אבות הקדושים‪ ,‬אז אונזער‬ ‫גאנצע מציאות זאל זיין אינגאנצן בטל צום רצון ד'‪.‬‬ ‫אבער די מדרגה פון די אבות ווייזט אונז דעם וועג וואס מיר‪ ,‬זייערע קינדער‪ ,‬יעדע איד‪,‬‬ ‫דארפן גיין‪.‬‬ ‫‪ਪ‬דער ראשית הייבט אויף דאס גאנצע‬ ‫און דאס איז דער ענין פון דער מצוה פון ביכורים‪.‬‬ ‫די תורה באפעלט דעם מענטש‪" :‬ולקחת מראשית כל פרי האדמה אשר תביא מארצך וגו'‪,‬‬ ‫ושמת בטנא‪ ,‬והלכת אל המקום אשר יבחר ד' אלקיך לשכן שמו שם"‪ .‬א איד נעמט פון די‬ ‫ערשטע פירות וואס וואקסן אין זיין פעלד‪ ,‬לייגט זיי אין א קארב און ברענגט זיי צום פלאץ‬ ‫וואס דער אויבערשטער האט אויסגעקליבן צו מאכן דארט רוען זיין נאמען ‪ -‬דער מקום‬ ‫פון השראת השכינה‪.‬‬ ‫דאס איז די גרויסע יסוד פון די מצוה‪ :‬דער מענטש נעמט נישט סתם א קליינעם חלק פון‬ ‫זיין תבואה און גיבט עס פאר קדושה‪ .‬ער נעמט דוקא דעם "ראשית" ‪ -‬די ערשטע פירות‪,‬‬ ‫דאס ערשטע וואס איז ארויסגעקומען פון זיין גאנצע הארעוואניע ‪ -‬און הייבט עס אויף‬ ‫צו קדושה‪.‬‬ ‫ווייל ווען דער ״ראשית״‬ ‫ווערט געהויבן צו קדושה‪,‬‬ ‫ווען דער ״ראשית״ ווערט‬ ‫נעמט ער מיט זיך אויך‬ ‫דאס גאנצע וואס קומט‬ ‫געהויבן צו קדושה‪ ,‬נעמט‬ ‫נאך‪ .‬ווען א איד ברענגט די‬ ‫ער מיט זיך אויך דאס גאנצע‬ ‫ערשטע פרוכט צום בית‬ ‫המקדש‪ ,‬צום מקום השכינה‬ ‫וואס קומט נאך‪ .‬ווען א איד‬ ‫הקדושה‪ ,‬זאגט ער בעצם‪:‬‬ ‫ברענגט די ערשטע פרוכט‬ ‫מיין גאנצע תבואה‪ ,‬מיין‬ ‫צום בית המקדש‪ ,‬צום מקום‬ ‫גאנצע פארמעגן און מיין‬ ‫גאנצע הארעוואניע זענען‬ ‫השכינה הקדושה‪ ,‬זאגט ער‬ ‫נישט נאר פאר מיר‪ .‬דער‬ ‫בעצם‪ :‬מיין גאנצע תבואה‪,‬‬ ‫אויבערשטער האט מיר‬ ‫דאס געגעבן מיט א ציל ‪-‬‬ ‫מיין גאנצע פארמעגן און מיין‬ ‫אז איך זאל עס נוצן אויף‬ ‫גאנצע הארעוואניע זענען‬ ‫א וועג וואס ברענגט איהם‬ ‫נחת רוח‪.‬‬ ‫נישט נאר פאר מיר‪.‬‬ ‫ווען א איד נעמט דאס וואס דער אויבערשטער האט איהם געגעבן און הייבט עס אויף‬ ‫צו קדושה פאר עבודת ד'‪ ,‬גייט ער אין די וועגן פון די אבות‪ ,‬וואס זייער גאנצע לעבן איז‬ ‫געווען איבערגעגעבן צום רצון ד'‪ .‬און אזוי ווערט אויך זיין אייגענע לעבן‪ ,‬לויט זיין מדרגה‪,‬‬ ‫א מרכבה פאר דער שכינה הקדושה ‪ -‬כל חד לפום דרגא דיליה‪.‬‬ ‫ז‬ ‫פרשת כי תבוא‬ ‫‪ਪ‬פארבינדן מיט די אבות‬ ‫דערפאר הייבט די תורה אן די פרשה פון ביכורים נישט גלייך מיט די מצוה פון ביכורים‪,‬‬ ‫נאר קודם מיט די ווערטער וואס רעדן פון אונזער ירושה פון ארץ ישראל און אונזער‬ ‫וואוינען דארט‪" :‬והיה כי תבוא אל הארץ אשר ד' אלקיך נתן לך נחלה וירשתה וישבת‬ ‫בה"‪.‬‬ ‫ווייל כדי צו מקיים זיין די מצוה פון ביכורים און דערמיט גיין אין די וועגן פון די אבות‬ ‫הקדושים און זייער עבודה‪ ,‬איז וויכטיג פאר א איד צו געדענקען‪ ,‬אז דאס וואס ער‬ ‫וואוינט אין ארץ ישראל‬ ‫איז ווייל ארץ ישראל איז‬ ‫כדי צו מקיים זיין די מצוה פון‬ ‫א נחלה און א ירושה פון די‬ ‫אבות‪ .‬דער אויבערשטער‬ ‫ביכורים און דערמיט גיין אין‬ ‫האט געשוואוירן פאר‬ ‫די וועגן פון די אבות הקדושים‬ ‫אונזערע אבות צו געבן‬ ‫און זייער עבודה‪ ,‬איז וויכטיג‬ ‫דאס לאנד פאר זייערע‬ ‫קינדער‪ ,‬ווי מיר זאגן ביי די‬ ‫פאר א איד צו געדענקען‪ ,‬אז‬ ‫פרשה פון ביכורים "הארץ‬ ‫דאס וואס ער וואוינט אין ארץ‬ ‫אשר נשבע ד' לאבותינו‬ ‫ישראל איז ווייל ארץ ישראל‬ ‫לתת לנו"‪.‬‬ ‫איז א נחלה און א ירושה פון‬ ‫דערפאר זאגט דער פסוק‬ ‫"וירשתה וישבת בה" ‪ -‬מיר‬ ‫די אבות‪.‬‬ ‫זענען יורשים‪ ,‬און מיר‬ ‫וואוינען דארט מכח די ירושה וואס מיר האבן באקומען פון די אבות הקדושים‪ .‬און מיט‬ ‫דער ירושה ווערט אויך שטארקער אונזער קשר צו זיי און צו זייער הייליגע וועג‪.‬‬ ‫דאס איז דער רמז פון בעל הטורים "תבוא" ‪ -‬אותיות "אבות"‪ .‬דער פסוק דערמאנט אונז‪ ,‬אז‬ ‫די נחלה וואס מיר האבן באקומען איז פארבונדן מיט די אבות הקדושים‪.‬‬ ‫און דערנאך קומט די מצוה פון ביכורים ‪ -‬צו נעמען דאס ערשטע וואס דער אויבערשטער‬ ‫האט אונז געגעבן און עס ארויפצוברענגען צו קדושה‪ .‬מיט די ערשטע פירות אין דער‬ ‫האנט ווייזט א איד‪ ,‬אז ער וויל נישט האלטן אלעס נאר פאר זיך‪ ,‬נאר אז אלעס וואס ער‬ ‫האט זאל זיין געווידמעט פאר עבודת ד'‪ ,‬אזוי ווי די אבות הקדושים האבן זייער גאנצע‬ ‫לעבן איבערגעגעבן פאר די שכינה הקדושה‪.‬‬ ‫‪ਪ‬קשר האבות שוואכט אפ עמלק‬ ‫דערמיט קען מען אויך פארשטיין די סמיכות הפרשיות‪ :‬די פרשה פון ביכורים קומט גלייך‬ ‫נאך די פרשה פון מחיית עמלק‪ ,‬ביים סוף פון פרשת כי תצא‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ח‬ ‫עמלק קומט אויסצורייסן כלל ישראל פון זייער שורש און אפצורייסן די אידן פון די קדושה‬ ‫פון די אבות‪ .‬דערפאר זאגן חז"ל (מכילתא בשלח א) אז ביי מלחמת עמלק‪" :‬הפנה משה על‬ ‫מעשה אבות״ ‪ -‬משה רבינו האט געוואנדן די הערצער פון די אידן צו די מעשים פון די‬ ‫אבות הקדושים‪ .‬ער האט אין זיי מעורר געווען דעם קשר צו די אבות‪ ,‬און דורך דעם האבן‬ ‫זיי באקומען די שטארקייט צו ביישטיין עמלק און מנצח זיין‪.‬‬ ‫דאס איז אויך מרומז אין די ווערטער פון בעל הטורים אויפן פסוק (שמות יז‪ ,‬יב)‪" :‬ויהי ידיו‬ ‫אמונה עד בא השמש"‪ .‬ער ברענגט‪ ,‬אז די ווערטער זענען א רמז צו די דריי אבות‪" :‬אמונה"‬ ‫‪ -‬דאס איז אברהם אבינו‪ ,‬ווי עס שטייט (בראשית טו‪ ,‬ו) "והאמין בד'"‪" .‬עד בא" ‪ -‬דאס איז‬ ‫יצחק אבינו‪ ,‬ווי עס שטייט (שם כד‪ ,‬סב) "ויצחק בא מבוא באר לחי ראי"‪ .‬און "השמש" ‪ -‬דאס‬ ‫איז יעקב אבינו‪ ,‬ווי עס שטייט ביי איהם (שם כח‪ ,‬יא) "וילן שם כי בא השמש"‪.‬‬ ‫די דריי אבות שטייען מרומז אין דעם פסוק וואס רעדט פון אפשוואכן עמלק‪ ,‬ווייל דער‬ ‫קשר צו די אבות הקדושים איז געווען די שטארקייט וואס האט געהאלפן כלל ישראל‬ ‫זיך האלטן פעסט און נישט‬ ‫לאזן עמלק זיי אפצורייסן‬ ‫פון זייער שורש‪.‬‬ ‫דער קשר צו די אבות‬ ‫דערפאר קומט גלייך נאך‬ ‫הקדושים איז געווען די‬ ‫די פרשה פון מחיית עמלק‬ ‫שטארקייט וואס האט‬ ‫די פרשה פון ביכורים‪ .‬ווייל‬ ‫ביכורים לערנט א איד‪ ,‬צו‬ ‫געהאלפן כלל ישראל זיך‬ ‫האלטן דעם קשר צו די‬ ‫האלטן פעסט און נישט לאזן‬ ‫אבות און צו נעמען דאס‬ ‫וואס דער אויבערשטער‬ ‫עמלק זיי אפצורייסן פון זייער‬ ‫האט איהם געגעבן און‬ ‫שורש‪.‬‬ ‫עס ארויפצוברענגען צו‬ ‫קדושה‪ .‬אזוי גייט ער אין די וועגן פון די אבות הקדושים‪ ,‬ביז זייער הייליגע דרך ווערט‬ ‫אריינגעפירט אין זיין אייגענעם לעבן‪.‬‬ ‫דאס זעהט מען אויך ביי די פרשה וואס מען לייענט ביים ברענגען ביכורים‪ .‬מען הייבט אן‬ ‫מיט די ווערטער "ארמי אובד אבי" ‪ -‬לבן הארמי האט געוואלט אויסרייסן יעקב אבינו און‬ ‫זיין גאנצע משפחה פון זייער שורש און אפשטעלן די המשכה פון די קדושה וואס קומט‬ ‫פון די אבות‪.‬‬ ‫אבער לבן האט עס נישט געקענט דערגרייכן‪ .‬און אויך נאך אלע צרות וואס כלל ישראל‬ ‫איז אריבער ‪ -‬פון לבן‪ ,‬פון מצרים און פון די אלע שווערע יארן ‪ -‬איז דער קשר צו די אבות‬ ‫הקדושים קיינמאל נישט אפגעריסן געווארן‪ .‬דערפאר זאגט מען ווייטער‪" :‬ונצעק אל ד'‬ ‫אלקי אבותינו‪ ,‬וישמע ד' את קולנו"‪ .‬אין דעם זכות פון די אבות איז זייער געשריי דערהערט‬ ‫געווארן פארן אויבערשטן ‪" -‬אלקי אבותינו"‪.‬‬ ‫און דאס איז דער יסוד פון די מצוה פון ביכורים‪ :‬א איד פארבינדט זיך מיט די אבות‬ ‫הקדושים‪ ,‬און פון דעם קשר נעמט ער אריין זייער דרך אין זיין אייגענעם לעבן‪ .‬ביז אלעס‬ ‫ט‬ ‫פרשת כי תבוא‬ ‫וואס ער האט ‪ -‬זיין פעלד‪ ,‬זיינע פירות‪ ,‬זיין ארבעט און זיין פארמעגן ‪ -‬ווערט א טייל פון‬ ‫זיין עבודה און א נחת רוח פארן אויבערשטן‪.‬‬ ‫‪ਪ‬אלקי אבותינו‬ ‫אט די גאנצע עבודה איז געווען אין דער צייט ווען דער בית המקדש איז געשטאנען‪ ,‬און‬ ‫מען האט געברענגט ביכורים‪ .‬אבער משה רבינו האט מיט זיין רוח הקודש פאראויסגעזען‪,‬‬ ‫אז דער בית המקדש וועט חרוב ווערן און מען וועט מער נישט קענען מקיים זיין די מצוה‬ ‫פון ביכורים‪ .‬דערפאר "עמד והתקין להם לישראל שיהו מתפללין שלש פעמים בכל יום" ‪-‬‬ ‫ער האט איינגעפירט פאר די אידן‪ ,‬אז מען זאל דאווענען דריי מאל יעדן טאג‪.‬‬ ‫אזוי זאל די זעלבע עבודה וואס איז געווען ביי ביכורים ווייטער אנגיין דורך די דריי תפילות‬ ‫א טאג‪ .‬ווייל פונקט ווי א איד האט ביי ביכורים גענומען דאס ערשטע וואס איז געוואקסן‬ ‫אין זיין פעלד און עס‬ ‫ארויפגעברענגט צו קדושה‪,‬‬ ‫אזוי קען א איד היינט‪ ,‬דורך‬ ‫די זעלבע עבודה וואס איז‬ ‫דאווענען‪ ,‬נעמען זיין גאנצע‬ ‫געווען ביי ביכורים טוט‬ ‫לעבן און עס שטעלן פארן‬ ‫אויבערשטן‪ .‬זיין ארבעט‪,‬‬ ‫ווייטער אנגיין דורך די דריי‬ ‫באדערפענישן‪,‬‬ ‫זיינע‬ ‫תפילות א טאג‪ .‬ווייל פונקט‬ ‫זיינע שמחות און זיינע‬ ‫ווי א איד האט ביי ביכורים‬ ‫שוועריקייטן ‪ -‬אלעס קען‬ ‫ער ארייננעמען אין זיין‬ ‫גענומען דאס ערשטע וואס‬ ‫דאווענען און עס פארבינדן‬ ‫איז געוואקסן אין זיין פעלד‬ ‫מיטן באשעפער‪.‬‬ ‫און עס ארויפגעברענגט צו‬ ‫און דער קשר צו די‬ ‫קדושה‪ ,‬אזוי קען א איד היינט‪,‬‬ ‫אבות הקדושים איז אויך‬ ‫א חלק פון דער עבודה‬ ‫דורך דאווענען‪ ,‬נעמען זיין‬ ‫פון תפילה‪ .‬חז"ל זאגן‬ ‫גאנצע לעבן און עס שטעלן‬ ‫(ברכות כו‪ ,‬ב) "תפלות אבות‬ ‫תקנום" ‪ -‬די דריי אבות‬ ‫פארן אויבערשטן‪.‬‬ ‫האבן איינגעפירט די דריי‬ ‫תפילות‪ .‬דערפאר הייבן מיר אן שמונה עשרה מיט די ווערטער‪" :‬אלקינו ואלקי אבותינו‪,‬‬ ‫אלקי אברהם‪ ,‬אלקי יצחק ואלקי יעקב"‪.‬‬ ‫ווען א איד שטייט און דאווענט פארן אויבערשטן‪ ,‬קומט ער נישט אליין‪ .‬ער קומט מיט‬ ‫דעם כח פון די אבות הקדושים און מיט זייער וועג וואס זיי האבן אונז איבערגעלאזט‪ .‬און‬ ‫אזוי‪ ,‬יעדער לויט זיין מדרגה‪ ,‬קען אויך זיין לעבן ווערן א מרכבה פאר די שכינה הקדושה‬ ‫און מרבה זיין כבוד שמים אויף דער וועלט‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫י‬ ‫‪ਪ‬סעודות שבת פארבונדט צו די אבות‬ ‫דעם זעלבן ענין געפינען מיר אויך ביי עונג שבת‪ .‬די סעודות שבת קודש זענען בבחינת‬ ‫ביכורים‪ ,‬ווייל אויך דארט נעמט א איד זאכן פון דער וועלט וואס זענען בעצם גשמיות‪,‬‬ ‫און הייבט זיי אויף צו קדושה‪ .‬ער זיצט ביי זיין שבת טיש‪ ,‬האט זיין עסן און זיינע תענוגים‪,‬‬ ‫אבער ער מאכט דערפון א חלק פון זיין שבת‪ ,‬פון קדושה און כבוד פארן באשעפער‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם לשון "שכינתא תתעטר" (זמר ׳אזמר בשבחין׳ לליל שבת קודש) ‪ -‬דורך‬ ‫דעם תענוג פון שבת‪ ,‬ווערט די שכינה הקדושה כביכול באקרוינט‪ .‬דער עסן און דער‬ ‫טרינקן אליין‪ ,‬זיין הארעוואניע און זיין פארמעגן‪ ,‬ווערן פאר איהם א וועג צו ברענגען כבוד‬ ‫פאר שבת קודש און פאר די שכינה‪.‬‬ ‫דערפאר זענען די דריי סעודות שבת קעגן די דריי אבות (זוהר חלק ב‪ ,‬פח‪ ,‬ב)‪ .‬ווייל דורך די‬ ‫דריי סעודות פארבינדט זיך א איד מיט די אבות הקדושים און מיט זייער הייליגן וועג‪ ,‬צו‬ ‫זיין א מרכבה לשכינה הקדושה‪ ,‬יעדער איינער לויט זיין מדרגה‪.‬‬ ‫מיט דעם קען מען אויך פארשטיין וואס חז"ל זאגן (שבת קיח‪ ,‬א)‪" :‬המענג את השבת נותנין לו‬ ‫נחלה בלי מצרים" ‪ -‬ווער עס איז מענג דעם שבת‪ ,‬גיבט מען איהם א נחלה אן קיין גרעניצן‪.‬‬ ‫פארוואס פארדינט ער אזא גרויסע שכר?‬ ‫ווייל ווען א איד הייבט אויף זיינע עסן‪ ,‬זיינע תענוגים און זיינע גשמיות'דיגע ענינים צו‬ ‫קדושה לכבוד שבת‪ ,‬באהעפט ער זיך צו דער שכינה הקדושה‪ .‬און די שכינה הקדושה‬ ‫איז בבחינת "אין סוף"‪ ,‬אן‬ ‫קיין גבול און אן קיין מיצר‪.‬‬ ‫ווען א מענטש באהעפט‬ ‫דורך די דריי סעודות‬ ‫זיך מיט דעם וואס האט‬ ‫פארבינדט זיך א איד מיט די‬ ‫נישט קיין גרעניץ‪ ,‬ווערט‬ ‫אויך זיין אייגענע לעבן‬ ‫אבות הקדושים און מיט זייער‬ ‫א "נחלה בלי מצרים" ‪-‬‬ ‫הייליגן וועג‪ ,‬צו זיין א מרכבה‬ ‫ברייטער און העכער‪ .‬די‬ ‫גשמיות'דיגע גרעניצן פון‬ ‫לשכינה הקדושה‪ ,‬יעדער‬ ‫זיין לעבן פארשליסן איהם‬ ‫איינער לויט זיין מדרגה‪.‬‬ ‫שוין נישט‪ ,‬נאר ער לערנט‬ ‫זיך צו עפענען זיין לעבן פאר דעם אויבערשטן און אריינצוברענגען דערין די קדושה אן‬ ‫קיין גרעניץ‪.‬‬ ‫ויהי רצון‪ ,‬מיר זאלן זוכה זיין "לאוקים שכינתא מעפרא" ‪ -‬אויפצוהייבן די שכינה הקדושה‬ ‫פון גלות‪ ,‬און די שכינה זאל רוען אויף אונז און אויף גאנץ כלל ישראל‪ ,‬און דער כבוד פון זיין‬ ‫מלכות זאל נתגלה ווערן אויף דער וועלט‪ .‬אונזערע אויגן זאלן זען‪ ,‬אונזערע הערצער זאלן‬ ‫זיך פרייען און אונזערע נשמות זאלן זיך דערהייבן‪ ,‬און דער כבוד ד' זאל שיינען אויף אונז‪.‬‬ ‫מיר זאלן זוכה זיין צו זען דעם גרויסן חסד פון אויבערשטן‪ ,‬און איהם דאנקען אויף אלעם‬ ‫גוטן וואס וועט נשפע ווערן אויף אונז מיט א שפע פון ברכה און הצלחה‪ .‬און דער עיקר‪,‬‬ ‫מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה‪ ,‬בביאת בן דוד במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו‪.‬‬ ‫אי‬ ‫פרשת כי תבוא‬ ‫נקודות למעשה בעבודת ד'‬ ‫היוצאות מן המאמר‪:‬‬ ‫•ישתוקק האדם שכל מעשיו‪ ,‬עמלו ומחשבותיו‬ ‫יהיו כרצונו יתברך‪ ,‬ואף שאינו במדרגת‬ ‫האבות הקדושים‪ ,‬ישתדל להידמות אליהם‬ ‫בזה‪.‬‬ ‫•ירגיל עצמו להקדיש את ראשית עמלו‬ ‫להשי"ת‪ ,‬ומתוך כך יזכור שכל אשר לו ‪-‬‬ ‫רכושו‪ ,‬פירותיו וכוחותיו ‪ -‬ניתנו לו לעבודת‬ ‫ד' ולעשות נחת רוח לפניו יתברך‪.‬‬ ‫•בשעת התפילה יעמיד את עצמו ואת כל‬ ‫עניניו לפני קונו‪ ,‬מתוך התקשרות לאבות‬ ‫הקדושים והליכה בדרכם‪.‬‬ ‫•בעונג שבת יזכור שגם התענוג הגשמי הוא‬ ‫לכבוד השכינה‪ ,‬בבחינת "שכינתא תתעטר"‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫בי‬