אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — ראש השנה (2026-09-07)

קונטרס
אמרי מנחם
דברי תורה וסיפורי קודש
מאת כבוד קדושת מרן
רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע
אדמו"ר משינאווא
ראש השנה
גליון קנ"ח -שנה ד' -שנת תשפ"ו לפ"ק
· אידיש ·
יו"ל ע"י
כל הזכויות שמורות
בס"ד
להערות והארות:
845.459.5954
zy
לקבלת הקונטרס מדי שבוע:
mechonshinova@gmail.com
צו הערן די
דברי כיבושין והתחזקות
רופט 718-400-7790
מודעה חשובה
מי שרוצה ליקח חלק
בההוצאות הגליונות
לרגל שמחה משפחתית ,יארצייט ,וכדו'
נא לפנות אל המכון.
אמרי מנחם /ראש השנה
ַא ׁ ְש ֵרי ָה ָעם י ְֹד ֵעי ְתרו ָּעה ה' ְּבאוֹר ּ ָפנֶ ָיך יְ ַה ֵּלכוּן.
א) אלע ספרים שטעלן זיך אויף דער סתירה ,אז ער הייבט ָאן 'העם',
איז משמע אז מען רעדט דא פון 'פשוטי עם' ,נידריגע
מענטשן ,און דערנאך זאגט ער 'יודעי תרועה' ,איז משמע אז מען
רעדט דא פון גרויסע מענטשן וואס ווייסן די סודות און כוונות פון
תקיעת שופר?
ב) דער מדרש זאגט (ויק"ר כט ,ד)" :וכי אין אומות העולם יודעים להריע
וכו' אלא שהן מכירין לפתות את בוראן בתרועה" – די אומות
העולם ווייסן דאך אויך וויאזוי צו בלאזן מיט א שופר ,נאר זיי ווייסן
נישט וויאזוי איבערצורעדן דעם אייבערשטן כביכול מיטן בלאזן.
לכאורה זעט אויס ,אז דער מדרש מיינט נישט דא דעם פשוט'ן הבדל
צווישן אידן און גוים ,אז מיר האבן א 'תורה ומצוות' און זיי נישט,
נאר מען רעדט דא פון עפעס א ספעציעלע 'ידיעה' וואס אידישע
קינדער ווייסן וויאזוי מען קען איבערבעטן דעם אייבערשטן ,און די
אומות העולם פארמאגן נישט דעם ידיעה .דארף מען פארשטיין,
וואס איז דער ספעציעלער ענין וואס מיר ווייסן אויף תקיעת שופר?
ֹ
אור ּ ָפנֶ ָ
יך יְ ַה ֵ ּלכ ּון" – זיי גייען מיט די ג) דער פסוק פירט אויס" :ה' ְ ּב
ליכטיגקייט פון דיין פנים .דארף מען פארשטיין די כוונה ?
אויך איז שווער דער לשון 'יְ ַה ֵ ּלכ ּון' ,וואס איז א לשון 'נפעל' ,עס וואלט
געדארפט שטיין 'יֵ ְלכ ּון'?
ֹ ׁ ֹ ׁ ֹ
ד) מען זאגט ביים דאווענעןִּ :
"כי ַא ּ ָתה שו ֵמ ַע קול שו ָפר ּו ַמ ֲאזִ ין ּ ְתר ּו ָעה
ֹ
וְ ֵאין ּדו ֶמה ָ ּל ְך" – דו הערסט דעם קול שופר' און די 'תרועה',
און קיינער איז נישט גלייך צו דיר .לכאורה ,יעדער מענטש הערט
דאך ווען מען בלאזט מיט א שופר? וואס ליגט דא עפעס א מין
'שמיעה' וואס קיינער דערהערט נישט ,נאר דער אייבערשטער?
ג
ה) די גמרא זאגט (ראש השנה לד" :):אמרו לפני מלכיות כדי שתמליכוני
עליכם ,ובמה בשופר" – זאגט פאר מיר 'מלכיות' ,כדי עטץ
זאלט מיך ממליך זיין אויף אייך ,און מיט וואס זאלט איר מיך ממליך
זיין ,מיט א שופר .לכאורה איז נישט צום פארשטיין ,ער הייבט ָאן:
"אמרו לפני מלכיות" – מען זאל ארויסזאגן דעם 'מלכיות' .און
אמרי מנחם /ראש השנה
דערנאך פירט ער אויס" :ובמה בשופר" – מען זאל דאס זאגן דורכן
שופר .שופר איז דאך נישט קיין 'אמירה'? אז מען בלאזט – זאגט מען
דאך נישט?
"ס ְד ָרא ַק ְד ָמ ָאהָ ,ק ָלא נָ ִפיק, ו) מען זאגט אינעם זוהר פאר די תקיעותִ :
יעין ,וְ ִא ְת ָ ּב ַקע ֵ ּבין ט ּו ֵרי ָר ָמ ֵאיּ ,ו ָמ ֵטי ילאָ ,ס ִליק ְר ִק ִ ּו ִמ ְת ַע ָּטר ְל ֵע ָ ּ
ׁ ׁ
יה ,וכו' ֵּכיוָ ן ְ ּדיִ ְצ ָחק ִא ּ ְת ַער ,וְ ָח ֵמי ְל ַא ְב ָר ָהם יש ּיה ְ ּד ַא ְב ָר ָהם ,וְ ַש ְריָ א ְ ּב ֵר ֵ
ְל ַג ֵ ּב ּ
ׁ
יהְּ ,כ ֵדין ִא ְת ַּכ ְפיָ א ,וְ ָת ַבר ּת ּו ְק ּ ָפא ַק ְשיָ א, ימא ַק ֵּמ ּ ְמ ַת ֵ ּקן ְלכ ּו ְר ְסיָ יא ְל ַק ְ ּי ָ
ּו ְב ַהאיּ ָ ,ב ֵעי ַמאן ְ ּד ָת ַקעְ ,ל ַכ ְ ּוונָ א ִל ָ ּבא ּו ְרע ּו ָתאּ ְ ,ב ִגין ְל ּ ַת ְב ָרא ֵח ָ
ילא
ֹ ׁ ׁ
וְ ּת ּו ְק ּ ָפא ְ ּד ִדינָ א ַק ְשיָ אֲ ,ה ָדא ה ּוא ִ ּד ְכ ּ ִתיבַ ,א ְש ֵרי ָה ָעם יו ְד ֵעי ְתר ּו ָעה,
ֹ
יו ְד ֵעי ְתר ּו ָעה וַ ַ ּדאי" – ביים ערשטן סדר התקיעות קומט ארויף דער
קול שופר און דאס וועקט אויף דעם כח פון אברהם אבינו ,וואס ער
איז מכניע דעם כח הדין פון יצחק אבינו .און דאס איז דער 'יודעי
תרועה' ,אז מען ווייסט וויאזוי מעורר צו זיין אברהם אבינו .נאכדעם
ית ָאהָ ,ק ָלא נָ ִפיק ,וְ ָס ִליקּ ,ו ָב ַקע ָּכל ִא ּ
ינ ּון "ס ְד ָרא ּ ְת ִל ָ זאגט ער ווייטערִ :
ֹ ֹ ׁ
יה ְ ּדיַ ֲעקב וְ יַ ֲעקב ִא ּ ְת ַער, יש ּיעין ,וְ ַר ֲח ֵמי ִמ ְת ֲע ָרןּ ,ו ָמ ֵטי ַהה ּוא ָק ָלא ְל ֵר ֵ ְר ִק ִ
יה ְ ּביִ ְצ ָחק,ידן ּ ַת ְרוַ ויְ יה ּו ֵ ּב ּ
יסא ָא ֳח ָראְּ ,כ ֵדין ֲא ִח ָ וְ ָח ֵמי ְל ַא ְב ָר ָהם ִמ ְת ּ ַת ֵ ּקן ְ ּב ִג ָ
ֹ
ָ ּדא ֵמ ַהאי ִס ְט ָרא ,וְ ָדאֵ ,מ ַהאי ִס ְט ָרא וְ ָלא יַ ְכ ִלין ּת ּו ְקפוי ְלנָ ְפ ָקא ְל ַבר .וְ ָהנֵ י
ּ ְת ָל ָתא ִס ְד ִריןֻּ ,כ ְ ּלה ּו ִס ְד ָרא ַחד" – ביים דריטן סדר התקיעות וועקט
מען אויף דעם כח פון יעקב אבינו ,און ביידע כאפן ָאן יצחק'ן ,אז ער
זאל נישט קענען שולט זיין און מעורר זיין דינים .לכאורה ,וויאזוי
געשעט דאס דער ענין ,אז דורכן 'קול שופר' ווערן נתעורר די צוויי
אבות הקדושים אברהם און יעקב? וואספארא כוונה דארף מען
אינזין האבן ביים בלאזן ,וואס דאס איז מעורר די אבות הקדושים?
ז) ביי די תפלה פון אברהם אבינו שטייט (בראשית יח ,כז)" :וַ ַ ּי ַען ַא ְב ָר ָהם
ֹ ֹ ֹ
וַ ּי ַ
אמר ִה ֵ ּנה נָ א הו ַא ְל ּ ִתי ְל ַד ֵ ּבר ֶאל ה' וְ ָאנ ִכי ָע ָפר וָ ֵא ֶפר" .זאגט
רש"י" :הואלתי -רציתי כמו ויואל משה" – אברהם אבינו האט
געזאגט ,איך האב געוואלט רעדן צום אייבערשטן ,און איך בין 'עפר
ד
ואפר' .וואס איז דער פשט' ,איך האב געוואלט' ,ער האלט דאך שוין
אינמיטן רעדן? און וואס איז דער המשך צום 'ואנכי עפר ואפר'?
ח) ביי די תפלה פון יעקב אבינו שטייט (בראשית כח ,כ)ִ :
"אם יִ ְהיֶ ה
ֹׁ ֹ ׁ ֹ
ֱאל ִקים ִע ָּמ ִדי ּו ְש ָמ ַרנִ י וגו' וְ נָ ַתן ִלי ֶל ֶחם ֶל ֱאכל ּו ֶב ֶגד ִל ְל ּבש
ֹ ׂ ׁ ֹ ׁ
צ ָבה יִ ְהיֶ ה ֵ ּבית ֱאל ִקים" .זאגט וְ ַש ְב ּ ִתי וגו' וְ ָה ֶא ֶבן ַה ּזאת ֲא ֶשר ַש ְמ ּ ִתי ַמ ֵ ּ
אמרי מנחם /ראש השנה
רש"י" :כתרגומו אהי פלח עלה קדם ה'" .יעקב אבינו האט צוגעזאגט,
אז אויב וועט דער אייבערשטער אים אפהיטן און געבן אלע זיינע
הצטרכות'ן – וועט ער דינען דעם אייבערשטן אויף דעם שטיין.
לכאורה ,דער חובת הלבבות (שער הבטחון פרק ו) איז דאך זייער מאריך
אינעם גנות פון די 'בעלי משכונות' ,וואס נעמען א משכון פונעם
אייבערשטן ,אז נאר נאכדעם וואס ער וועט זיי העלפן – וועלן זיי אים
דינען .נו ,ווי פאסט פארן הייליגן יעקב אבינו צו מאכן א תנאי מיטן
אייבערשטן ,אז נאר נאכדעם וואס ער וועט אים צושטעלן אלע זיינע
הצטרכות'ן – וועט ער אים דינען?
אויבנאויף איז אונזער מעלה מער פון די גוים צוליב קיום תורה ומצוות
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .בפשטות וואלט מען געזאגט ,אז דער
חילוק צווישן כלל ישראל און די אומות העולם איז ,אז אידישע
קינדער זענען מקיים תורה ומצוות ,און די אומות העולם זענען נישט
מקיים .אבער עס איז דא א פחד פון א מדרש ,וואס דארט שטייט
מורא'דיגע ווערטער ,אז די אומות העולם שטייען גאר בעסער אין
'קיום המצוות' ווי אונז ,און אונזער מעלה איבער זיי איז מיט אן
אנדערע זאך אינגאנצן.
דער מדרש זאגט אז אונזער מעלה איז נאר דער שפלות אונזערע
דער לשון המדרש איז( :תנחומא עקב ג)" :לא מרובכם מכל העמים חשק
ה' בכם וגו' לא ממה שאתם מרובין מכל האומות ,ולא ממה
שאתם עושין מצוה יותר מהם ,שהאומות עושין מצוה שלא נצטוו
יותר מכם והם מגדילים שמי יותר מכם שנאמר (מלאכי א) כי ממזרח
שמש ועד מבואו גדול שמי בגוים וגו' וכתיב ואתם מחללים אותו
באמרכם שלחן ה' מגואל הוא וניבו נבזה אכלו ,כי אתם המעט ,אלא
בזכות שאתם ממעטין את עצמכם לפני לפיכך אני אוהב אתכם,
שנאמר (שם) אהבתי אתכם אמר ה' וגו' ואת עשו שנאתי וגו' ואומר
ה (הושע יד) ארפא משובתם אוהבם נדבה וגו' ,נדבה נפשי לאהבתן אע"פ
שאינן הגונים וכן הוא אומר (דברים ז) כי מאהבת ה' אתכם" – דער
אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער ,נישט ווייל זיי טוען מער
מצוות ווי די גוים ,ווייל די גוים טוען מער מצוות וואס זיי זענען נישט
מחויב דערין ,און זיי זענען מער מפרסם דעם אייבערשטנ'ס נאמען
אויף דער וועלט ,נאר אינעם זכות וואס עטץ האלט אייך קליין,
אמרי מנחם /ראש השנה
דערפאר האב איך אייך ליב – כאטש איר פירט אייך נישט אויף ווי
עס דארף צו זיין .אין דער גמרא (חולין פט.א) שטייט אויך ענליכע
ווערטער צו דעם מדרש ,און דארט שטייט א הוספה אז די מעלה פון
אידן איז ,אז זיי זענען זיך ממעט אפילו בשעת ווען דער אייבערשטער
גיבט זיי 'גדולה' ,און ביי א גוי איז פארקערט ,בשעת ווען דער
אייבערשטער גיבט אים גדולה – ווערט ער דערהויבן און בגאות.
דער איד ווייסט אפילו נישט אז ער האט עפעס געטון א דבר טוב
על כל פנים :זעט מען דאך דא א נייע סארט השקפה ,אז דאס
חשיבות פון א איד איבערן גוי – איז נישט אזוי ווייט ,וויפיל
מצוות ומעשים טובים ער האט געטון מער פון אים – נאר דער עיקר
מעלה פונעם איד איז ,דער 'כי אתם המעט מכל העמים' – 'שאתם
ממעטים עצמכם' .ווייל דער גוי – ווען ער טוט שוין יא עפעס א דבר
טוב – ווייסט ער אז ער האט עפעס געטון ,און ער האלט פון זיך ,און
די גאנצע זאך איז בלויז 'גאות' .און דערפאר האט עס נישט קיין
ֹ
"תו ֲע ַבת ה' ָּכל ְ ּג ַב ּהחשיבות למעלה; ווי דער פסוק זאגט (משלי טז ,ה)ּ :
ֵלב" .אבער דער איד ,וויפיל ער טוט און טוט ,ווייסט ער אפילו נישט
אז ער האט עפעס געטון! דאס צובראכנקייט און שפלות ווערט
גארנישט ווייניגער נאכן טון ,נאר אדרבה ,ווי מער ער טוט – ווערט
ער מער צובראכן ביי זיך .און פון דעם צובראכנקייט נעמט זיך דער
עיקר אהבה וואס דער אייבערשטער האט צו אידן! דער גאנצער
'חשק ה' בכם'' ,מאהבת ה' אתכם'' ,אהבתי אתכם'' ,ואוהב את יעקב',
'אוהבם נדבה' – דאס אלעס איז נאר מכח דעם 'אתם המעט מכל
העמים'! ווייל ווי מער הכנעה און צובראכנקייט עס איז דא – אלץ
מער 'אהבת הקב"ה לישראל' איז דא דארט.
ו
ז"ל הגמ'" :לא מרבכם מכל העמים חשק ה' בכם וגו' אמר להם הקדוש ברוך א
הוא לישראל חושקני בכם שאפילו בשעה שאני משפיע לכם גדולה אתם
ממעטין עצמכם לפני ,נתתי גדולה לאברהם אמר לפני ואנכי עפר ואפר,
למשה ואהרן אמר ונחנו מה ,לדוד אמר ואנכי תולעת ולא איש .אבל עובדי
כוכבים אינן כן ,נתתי גדולה לנמרוד אמר הבה נבנה לנו עיר ,לפרעה אמר מי
ה' ,לסנחריב אמר מי בכל אלהי הארצות וגו' ,לנבוכדנצר אמר אעלה על במתי
עב ,לחירם מלך צור אמר מושב אלהים ישבתי בלב ימים".
אמרי מנחם /ראש השנה
אברהם אבינו איז געווען אזוי צובראכן ביי זיך אז ער האט נישט געקענט רעדן
ווען דער אברהם אבינו האט זיך אוועקגעשטעלט מתפלל זיין צום
אייבערשטן – האט ער געהאט אין הארץ גאר אסאך דיבורים צו
רעדן ,ער האט געהאט אזויפיל תפילות און בקשות ארויסצוגעבן און
זיך איינצובעטן ביים אייבערשטן .אבער ער איז געווען ביי זיך אזוי
צובראכן און דערשלאגן ,אז ער האט נישט געקענט ארויסזאגן מיטן
מויל די אלע תפילות וואס ער האט געוואלט מתפלל זיין! זיין הארץ
איז אים געווען אזוי צופיצלט אויף שברי שברים און ער האט געוויינט
מיט אזא מין השתפכות הנפש ,אז ער האט גארנישט געקענט קומען
צום ווארט! ער האט נאר געקענט וויינען! ווי די ספרים ברענגען פון
זוהר הק'ב ,אז דער שלימות און חשיבות פון 'בכיות' איז ,אז דער
מענטש קען גארנישט זאגן קיין 'דיבורים' פאר גרויס 'השתפכות
הנפש' ,וואס דאס קומט פונעם גרויסן 'לב נשבר' וואס ער קען זיך
נישט צוזאמנעמען און רעדן.
הואלתי לדבר – איך האב אזוי געוואלט רעדן ,אבער – ואנכי עפר ואפר – איך קען נישט רעדן
ֹ
"ה ֵ ּנה נָ א הו ַא ְל ּ ִתי ְל ַד ֵ ּבר ֶאל ה'" –
דאס האט אברהם אבינו געזאגטִ :
רבונו של עולם ,איך האב אזוי געוואלט רעדן צו דיר! איך האב
דיר אזויפיל צו זאגן! איך האב אין הארץ אזויפיל אויסצושמועסן!
ֹ
אבער "וְ ָאנ ִכי ָע ָפר וָ ֵא ֶפר" – איך בין אזוי צובראכן ביי מיר ,אז איך קען
נישט רעדן! איך האב אזויפיל אין מיר ,אבער איך קען עס נישט
ארויסגעבן מיט ווערטער! און דייקא דאס האט געהאט די געוואלדיגע
חשיבות פון 'כי אתם המעט' ,און מיט דעם שפלות האט אברהם
אבינו מעורר געווען די געוואלדיגע אהבה פונעם אייבערשטן צו אים
און זיין תפלה האט אויסגע'פועל'ט – מער ווי ווען ער זאגט ווען די
אלע דיבורים וואס ער האט געוואלט זאגן; ווי עס שטייט אין ספרים
(תפארת שלמה פר' וירא ד"ה וישכם אברהם) ,אז כאטש וואס אברהם האט
נישט אויסגע'פועל'ט נישט איבערצודרייען סדום – אבער די אלע
ז
תפילות האט גענוצט פארן כלל ישראל ארויסצוגיין פון מצרים .ווייל
עי' בספר גנזי יוסף להמגיד מסטאנוב נדפס בשנת תקנ"ב עם הסכמת ב
הקדושת לוי ועוד (הפטרת נחמו) וז"ל" :כתבו בזוהר ,מאן דמבכי בצלותא עד
שאינו יכול למללא רק מרחיש בשפתותיו ומוציא קול ולא יכול לדבר מחמת
התעוררות הבכיה ,דא צלותא לא חזרת ברקניא".
אמרי מנחם /ראש השנה
דא האט זיך ארויסגעוויזן דער גרויסער 'אתם המעט' פון אברהם
אבינו ,וואס דאס איז דער עיקר וואס דער אייבערשטער איז חושק
כביכול.
קטנתי מכל החסדים – איך קען נישט רעדן פון גרויס שפלות
די זעלבע בחינה קען מען זאגן – איז געווען ביי יעקב אבינו .ער האט
זיך געוואלט אוועקשטעלן מתפלל זיין אויף 'ושמרני בדרך הזה'
און אויף 'לחם לאכול ובגד ללבוש' .אבער ער איז געווען אזוי צובראכן
ביי זיך – אז ער האט נישט געקענט ארויסברענגען די דיבורים פון
מויל! און כאטש ער האט דאך דא געהאלטן נאך פערצן יאר וואס ער
איז נישט געשלאפן ביינאכט ,נאר געזעצן און געלערנט בייטאג און
ביינאכט – האט ער אבער געפילט אז "קטנתי מכל החסדים" – איך
האב נישט קיין שום זכות מיט וואס מתפלל צו זיין! ער איז ממש
געווען ביי זיך אזוי דערשלאגן ,אז ער האט נישט געקענט עפענען
דאס מויל צו בעטן דעם 'לחם לאכול ובגד ללבוש'.
אהי פלח קדם ה' – איך וועל נאך אמאל זוכה זיין דיך צו דינען
דער הייליגער יעקב אבינו האט געזוכט עפעס זיך מחזק צו זיין ,כדי
ער זאל קענען ארויסברענגען זיינע דיבורים צום אייבערשטן –
האט ער זיך צושריגן" :רבונו של עולם ,איך בין טאקע גארנישט מיט
נישט ,אבער לית אנא מוביד שברי מן ברייג ,איך פארליר נישט מיין
האפענונג פונעם אייבערשטן ,מען טאר זיך נישט מייאש זיין" ,כי לא
ידח ממנו נדח" ,איך בין בטוח אין דיינע חסדים אז איך וועל נאך
אמאל זוכה זיין דיך צו דינען! איך וועל נאך זוכה זיין דיר צו מאכן א
ֹ ׂ ׁ ֹ
צ ָבה יִ ְהיֶ ה ֵ ּבית ֱאל ִקים" – איך
נחת רוח! "וְ ָה ֶא ֶבן ַה ּזאת ֲא ֶשר ַש ְמ ּ ִתי ַמ ֵ ּ
וועל נאך זיכער אנקומען צום 'אהי פלח קדם ה''! ממילא ,בעט איך
דיך אז אין דעם זכות זאלסטו מיר שוין יעצט העלפן! כאטש וואס
יעצט האב איך נישט קיין שום זכותים ,אבער גיב מיר אויפן חשבון
פון 'לעתיד' – וואס איך וועל דיך נאך אמאל דינען מיט א ריין הארץ!". ח
און מיט דעם צובראכן הארץ האט יעקב אבינו אויסגע'פועל'ט – מער
ווי מיט זכותים און ריבוי תפלות ,ווייל דייקא דאס צובראכנקייט איז
מעורר די אהבה פונעם אייבערשטן.
לשון המדרש בראשית רבה ס"ח ,ב. ג
אמרי מנחם /ראש השנה
ובמה בשופר – זאג אריין אלע דיינע דיבורים אינעם שופר אריין
מיט דעם פארשטייט מען די גמרא" :אמרו לפני מלכיות כדי
שתמליכוני עליכם" – דער אייבערשטער הייסט אונז אז מיר
זאלן זאגן דיבורים פאר אים! אבער אידישע קינדער זענען דאך אזוי
צובראכן ,אז זיי קענען נישט ארויסזאגן קיין דיבורים! אין אזא
ערנסטע זמן ווי תקיעת שופר ,איז דאך יעדער אידיש הארץ אזוי
צושפליטערט! מען ווייסט וויאזוי מען האט אנגעפירט א יאר! מען
ווייסט וויאזוי מיר זעען נעבעך אויס! מען ווייסט אין וואספארא מצב
מען געפונט זיך! זיי וואלטן אזויפיל דיבורים געוואלט זאגן ,אבער זיי
זענען דאך אזוי צובראכן ביי זיך אז עס האט נישט קיין שיעור! מיר
קענען נישט עפענען דאס מויל! נו ,וואס טוט מען? וויאזוי קען מען
מקיים זיין דעם 'אמרו לפני מלכיות'? אויף דעם זאגט דער
אייבערשטער" :ובמה" – דו ווייסט וואו דו זאלסט זאגן די דיבורים?
"בשופר" – זאג עס אריין אינעם שופר אריין! לייג אריין אלע דיינע
דיבורים אינעם 'גנוחי גנח ילולי יליל' פונעם שופר! און דאס וועט
מעורר זיין א געוואלדיגע אהבה צו דיר – נאכמער ווי ווען דו וואלסט
געזאגט 'דיבורים'! דער 'נישט רעדן' פונעם שופר – איז די גרעסטע
'אמירה'! דאס שרייט 'ווער' דער איד איז! דאס ברענגט ארויס די
חשיבות און אהבה וואס דער אייבערשטער האט צו אים! און
דערפאר זאגט מען" :כי אתה שומע קול שופר" – אין דעם 'קול שופר',
דארט ליגט דאס צובראכנקייט פונעם איד! דארט ליגן די אלע
דיבורים וואס אידן וואלטן געוואלט זאגן! און טאקע נאר דער
אייבערשטער הערט וואס עס ליגט דארט אינעם שופר ,און ער איז
עס מקבל ברצון ובאהבה.
יודעי תרועה – זיי שפירן ביי זיך א 'ריעותא' און צובראכנקייט
ֹ ׁ
"א ְש ֵרי ָה ָעם י ְד ֵעי ְתר ּו ָעה" –דאס קען זיין די כוונה פונעם פסוקַ :
אפילו די גרויסע מענטשן וועלכע לערנען און דאווענען –
ט
אבער זיי זענען 'יודעי תרועה'' ,תרועה' איז א לשון פון 'ריעותא' – א
צובראכנקייט .זיי זענען ביי זיך צובראכן כחרס הנשבר ,און זיי
האלטן זיך פאר די מדרגה פון 'העם' ,אז זיי זענען 'פשוטי עם' וואס
האבן נישט קיין שום זכות מיט וואס מתפלל צו זיין .און דאס איז
אמרי מנחם /ראש השנה
דער כח פונעם שופר – מעורר צו זיין דעם אהבת ה' לישראל און
אויסצו'פועל'ן אלעס גוטס.
די אומות העולם קענען נישט צושטעלן דעם שפלות מיט וואס אידן זענען מפתה דעם כביכול
דאס קען זיין דער ענין פונעם מדרש" :אשרי העם יודעי תרועה וכי
אין אומות העולם יודעים להריע וכו' אלא שהן מכירין לפתות
את בוראן" – אידן ווייסן וויאזוי 'מפתה' צו זיין דעם אייבערשטן
כביכול ,אז אפילו אויב זיי זענען 'אינן הגונים'; ווי דער תנחומא זאגט
– דאך זאל דער אייבערשטער האבן א געוואלדיגע אהבה צו זיי .און
וויאזוי זענען זיי אים 'מפתה'? זאגט דער מדרש "בתרועה" – דורך
דאס צובראכנקייט וואס זיי לייגן אריין אינעם שופר ,וואס זיי האלטן
זיך פאר גארנישט – דורכדעם זענען זיי מעורר די אהבה פונעם
אייבערשטן צו זיי ,און דער אייבערשטער ווערט כביכול 'נתפתה' זיי
אנצושרייבן א גוט יאר .און דאס קענען נישט די אומות העולם; ווי
דער תנחומא זאגט ,אז ביי זיי איז פארקערט ,אז ווען זיי טוען עפעס
א דבר טוב – האלטן זיי זיך גרויס דערמיט און ווערן בגבהות ,און
דערפאר זענען זיי נישט קיין 'יודעי תרועה' און קענען נישט מפתה
זיין דעם אייבערשטן מיטן שופר ,נאר בלויז אידישע קינדער וואס
האבן דעם כח פון 'כי אתם המעט מכל העמים – שממעטים את
עצמכם' ,מיט דעם איז מען ממשיך אהבת ה'.
ווי מער 'גדולה' און העכערע מדרגות – אלץ א גרעסערע אהבת ה' ווערט נתעורר פונעם שפלות
פונעם מדרש קומט אויס ,אז ווי מער עס איז 'נתתי להם גדולה' ,ווי
גרעסער דער מענטש איז ,און דאך איז ער זיך 'ממעט' – אלץ
מער איז דער אייבערשטער חושק אין אים .קומט אויס ,אז אונזער
שפלות אינעם היינטיגן דור – איז נישט אזא גרויסע רבותא ,ווייל
אונז זענען דאך טאקע גארנישט! מיר האבן נישט קיין שום זאך מיט
וואס זיך צו האלטן פאר 'עפעס' .אבער די אבות הקדושים – וואס
מיר האבן נישט קיין השגה אין זייערע הויכע מדרגות קדושות ,זיי י
האבן געהאט א 'גדולה' וואס איז 'אין לשער' – און דאך האבן זיי זיך
געהאלטן פאר 'עפר ואפר' – דאס איז דאך עפעס א מורא'דיגע
רבותא ָאן קיין שיעור! און דאס איז מעורר אזא מין אהבת ה' לישראל
וואס קען ממתיק זיין אלעס ,און אויסבעטן אלעס גוטס פאר אידישע
קינדער .ממילא ,ווען מען שטייט ביי תקיעת שופר קומען מיר נישט
אמרי מנחם /ראש השנה
מיט אונזער שפלות און צובראכנקייט ,נאר מיר קומען מיטן
צובראכנקייט פון די אבות הקדושים ,וואס מיט דעם ווערט נתעורר
די אהבה און חסד פונעם אייבערשטן ָאן קיין שיעור.
אונזער שפלות איז נישט קיין רבותא – אבער עס איז מזכיר דעם שפלות פון די אבות
דער מדרש זאגט (ב"ר עו ,ד)" :ההולך בדרכי אבות מזכירין לו זכות
אבות" – כדי מזכיר צו זיין דעם שפלות פון די אבות – מוזן מיר
גיין 'בדרכי אבות' ,דערפאר מוזן מיר האבן עפעס א שייכות צו דעם
ענין פון צובראכנקייט און עניוות – וואס דאס איז געווען דער יסוד
פון די אבות הקדושים ,ווי מען האט גערעדט ,אז זיי זענען געווען
אזוי צובראכן און געשפירט ביי זיך ווי גארנישט ,אז זיי האבן
גארנישט געקענט ארויסרעדן קיין דיבורים פון גרויס צובראכנקייט.
און מיט דער בחינה וואס א איד גייט 'בדרכיהם' ,ער ווייסט וואו ער
האלט ,אין וואספארא מצב ער געפונט זיך ,און ער איז אמת'דיג
צובראכן ביי זיך – אזוי ווייט אז ער קען אפילו נישט ארויסזאגן קיין
דיבורים פון מויל ,און ער גיסט זיך אויס דאס הארץ פאר אייבערשטן
מיט דמעות ,ער זשאלעוועט נישט קיין טרערן – דורכדעם איז ער
ממשיך 'קדושת האבות' און 'זכות אבות'.
דייקא דער זכות פון אברהם און יעקב – וואס זיי האבן נישט געקענט רעדן פון גרויס
צובראכנקייט
דאס קען זיין דער ענין וואס דער זוהר הקדוש זאגט ,אז מיט דעם
שופר איז מען מעורר אברהם און יעקב .ווייל דוקא ביי די צוויי
געפונט מען דעם ענין ,אז זיי האבן געהאט אזא מין צובראכנקייט –
אז זיי האבן נישט געקענט ארויסרעדן קיין דיבורים .און דאס איז
דאך דער שופר ,דער 'קול תרועה' ,וואס מען רעדט נישט קיין
דיבורים ,נאר מען בלאזט אריין דעם גאנצן צובראכנקייט ,ממילא,
דורכדעם איז מען זיך מקשר מיט אברהם און יעקב ,און מען איז
מכניע די בחינה פון יצחק ,די בחינה פון 'דינא קשיא'; ווי דער זוהר
אי
הקדוש זאגט.
דורכן 'יודעי תרועה' וועט דער אייבערשטער העלפן אז מען זאל קענען זיין אן ערליכער איד
אבער דער אמת איז" ,בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו" (מכות י,):
ווען א איד איז צובראכן און עס טוט אים וויי פארוואס ער
פירט זיך נישט ווי עס ברויך צו זיין ,און ער בעט זיך ביים אייבערשטן:
אמרי מנחם /ראש השנה
איך וויל אויך זיין אין דעם כלל פון 'כי לא ידח ממנו נדח' ,איך וויל
נאך זוכה זיין צום 'אהי פלח קדם ה'' ,איך וויל זיין גוט – גיבט מען אים
פון הימל די סייעתא דשמיא ,מען דערלייכט אים די אויגן ,און מען
פירט אים אויפן ריכטיגן וועג צו קענען דינען דעם אייבערשטן ווי
אור ּ ָפנֶ ָ ֹ
יך עס דארף צו זיין .און דאס פירט אויס דער פסוק" :ה' ְ ּב
ֹ
יְ ַה ֵ ּלכ ּון" – דורכדעם וואס א איד איז א 'י ְד ֵעי ְתר ּו ָעה' ,ער איז צובראכן
'ה ָעם' – וועט זיין 'יְ ַה ֵ ּלכ ּון',
ביי זיך און ער האלט זיך אין דער בחינה פון ָ
מען מאכט אים גיין! און דערפאר שטייט נישט 'יֵ ְלכ ּון' ,ווייל ער קען
דאך נישט גיין 'אליינס'! ער איז דאך צובראכן אויף שברי שברים!
אבער 'יהלכון' איז די בחינה פון 'מוליכין אותו' ,מען טראגט אים
ארויף אויפן ריכטיגן וועג! ער הייבט ָאן משיג צו זיין די תורה! ער
פילט א טעם און א זיסקייט אין די תורה! דאס אידישקייט ווערט אים
ליכטיג!
מן המצר קראתי י-ה – בלויז א 'קריאה' ווייל מען האט נישט קיין דיבורים זיך ארויסצוגעבן
אתי ָ ּי ּ
-ה ָענָ נִ י "מן ַה ֵּמ ַצר ָק ָר ִ
און דאס קען זיין פשט אינעם פסוקִ :
-ה" .ווען א איד שרייט צום אייבערשטן 'מן המצר' ,ער ַב ֶּמ ְר ָחב ָ ּי ּ
איז אזוי ענג און צובראכן ביי זיך ,אז ער האט נישט קיין דיבורים צו
רעדן ,נאר ער קען בלויז 'רופן' – לשון 'קריאה' – און שרייען 'רבונו
של עולם ,טאטע ,העלף' .דעמאלט וועט צום סוף זיין אז ָ
"ענָ נִ י
ַב ֶּמ ְר ָחב ָ ּי ּ
-ה" – דאס איז די בחינה פון 'באור פניך יהלכון' ,אז מען
וועט אים געבן די סייעתא דשמיא אנצוקומען צום 'מרחב' ,צו דינען
דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין ,און דעמאלט וועט ער שוין
קענען 'מרחיב' זיין מיט דיבורים צום אייבערשטן.
פארדעם ,לאמיר אלע צוזאמען זיך בעטן ביים אייבערשטן:
-ה ָענָ נִ י ַב ֶּמ ְר ָחב ָ ּי ּ
-ה". אתי ָ ּי ּ
"מן ַה ֵּמ ַצר ָק ָר ִ
ִ
בי
4
אמרי מנחם /ראש השנה
חדשים גם ישנים Ƿ
ואלה מוסיף על הראשונים ,דברי תורה שכבר נדפסו מקדמת דנא בספרי אמרי מנחם ,ומחמת
תשוקת החג להכין את הלב ,הצגנום פה שיהיה מוכן לכל מבקש
ֹ ֹ ׁ
"א ְש ֵרי ָה ָעם י ְד ֵעי ְתר ּו ָעה ה' ְ ּבאורעס שטייט אין פסוק (תהלים פט ,טז)ַ :
ּ ָפנֶ ָ
יך יְ ַה ֵ ּלכ ּון".
עס איז באקאנט דער מדרש (ויק"ר כט ,ד)" :וכי אין אומות העולם
יודעים להריע וכו' אלא שהן מכירין לפתות את בוראן בתרועה
והוא עומד מכסא הדין לכסא רחמים ומתמלא עליהם רחמים והופך
להם מדת הדין למדת רחמים" – דער מדרש פרעגט :צי דען קענען
בלויז אידן בלאזן שופר ,און די אומות העולם קענען נישט? פארוואס
שטייט 'אשרי העם יודעי תרועה'? נאר דער פשט איז" ,העם יודעי
תרועה" ,אז אידן ווייסן וויאזוי איבערצובעטן דעם אייבערשטן דורך
תקיעת שופר ,אז ער זאל ווערן מלא רחמים אויף זיי.
א) לכאורה איז שווער אויף די הייליגע חכמינו ז"ל ,ווי קען זיין אזא
הוה אמינא אז די גוים קענען אויך בלאזן שופר? אידן
זענען דאך מכוין אזעלכע גרויסע כוונות און זיי זענען ממתיק
אזעלכע גרויסע המתקות ,זיי זענען מבטל גזירות ,נו ,ווי קען מען
אפילו קלערן אז די אומות העולם זאלן דאס קענען טון?!
ב) און אויב זאל מען זאגן ,אז דער מדרש רעדט דא פון אזעלכע אידן
וואס זענען אויף אזא נידריגע מדרגה ,אז זיי ווייסן נישט קיין
שום כוונות און קענען גארנישט אינזין האבן ,נו ,אויב אזוי ,דארף
מען דאך פארשטיין דעם תירוץ פונעם מדרש ,אז זיי קענען מרצה
זיין דעם בורא כל עולמים מיט זייער שופר בלאזן .וויאזוי מאכן זיי
דאס אן קיין שום כוונות? וואספארא סוד ליגט דא ,וואס בלויז
גי אידישע קינדער קענען טון ,און נישט די אומות העולם?
ג) עס שטייט דא אין פסוק דער לשון 'העם' יודעי תרועה .געווענליך
ווייסט מען דאך אז 'עם' איז מרמז אויף די שוואכערע מדרגה
פון אידן .דארף מען צו פארשטיין ,וואס איז דא די כונה? זענען דען
אמרי מנחם /ראש השנה
דוקא די פשוט'ע אידן ,די וועלכע קענען מרצה זיין דעם אייבערשטן
מיט תקיעת שופר? עס איז דאך לכאורה פארקערט?
ד) לויטן מדרש אז 'יודעי תרועה' מיינט ,אז זיי בעטן איבער דעם
אויבערשטן מיטן שופר ,דארף מען פארשטיין דעם המשך
פונעם פסוק" :ה' באור פניך יהלכון" ,אז אידן ווערן באלאכטן פונעם
אור פונעם אייבערשטן? וואספארא שייכות האט דאס מיטן ענין פון
'יודעי תרועה'?
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .דער זיידע דער הייליגער דברי יחזקאל
ֹ
"מ ֶל ְך ְמ ַמ ֵ ּלט ֵמ ָר ָעה ְליו ְד ֵעיזכותו יגן עלינו זאגט אויפן פיוטֶ :
ֹ ָ ֹּ ֹ ֹ ֹׁ
ְתר ּו ָעה ָהא-ל ָקדושֶ .מ ֶל ְך זְ כר ֲאח ּוז ֶק ֶרן ְלתו ְק ֵעי ְלך ַהיום ְ ּב ֶק ֶרן נו ָרא
ֹׁ
וְ ָקדוש" .זאגט דער דברי יחזקאל ,אז דא רעדט מען פון צוויי מדרגות.
די ערשטע מדרגה איז 'יודעי תרועה' ,דאס זענען צדיקים וואס זיי
בלאזן שופר מיט געוואלדיגע כוונות און מיט דעם זענען זיי מבטל
אזויפיל גזירות .און דעריבער זאגט ער "מלך ממלט מרעה ליודעי
תרועה" – אז ווען מען איז זוכה צו האבן אזעלכע צדיקים מיט אזא
תקיעת שופר ,ווערט מען אודאי ניצול פון אלעם שלעכטן אין זייער
זכות.
די צווייטע מדרגה איז 'לתוקעי לך היום בקרן' ,דאס זענען אידן
וועלכע ווייסן נישט קיין שום כוונה מכוין צו זיין ,זיי זענען מקיים
די מצוה מיט א פשטות -ווי דער דברי יחזקאל טייטשט דארט לפי
דרכו -און אויף זיי איז מען מתפלל 'זכור אחוז קרן' .עס קען אפשר
זיין לענינינו ,אז 'אחוז קרן' איז מרמז ,אז די סארט אידן ווייסן
גארנישט מער ווי די איינע זאך פון 'אחוז קרן' – אנצוכאפן דעם שופר
אין דער האנט און בלאזן! זיי האלטן דעם שופר ,זיי ווייסן נישט
גארנישט וואס גייט דא פאר! זיי זענען נישט מרגיש! דאס הארץ איז
פארשטאפט! עס איז בלויז 'אחוז קרן' – מען האלט דעם שופר! און
אויף זיי איז מען מתפלל" :מלך זכור אחוז קרן לתוקעי לך היום בקרן", די
אז דער אייבערשטער זאל דאס אויך אננעמען לרצון.
לכאורה קען נישט זיין אז דער מדרש האט זיך באצויגן צו דער
ערשטער מדרגה ,ווייל אויף אזא סארט שופר בלאזן,
וואלט אודאי נישט געווען קיין הוה אמינא בעולם אז די אומות
אמרי מנחם /ראש השנה
העולם קענען דאס אויך צושטעלן .וואס ווייסן זיי דען פון די הייליגע
כוונות? זיי ווייסן דאך גארנישט! נאר דער מדרש באציהט זיך דא צו
דער סארט תקיעת שופר פון פשוט'ע אידן וואס ווייסן גארנישט קיין
שום כוונה און קיין שום פנימיות ,נאר זיי גייען צו מיט א פשטות:
דער אייבערשטער האט געהייסן בלאזן – נעמען זיי דעם שופר אין
דער האנט און זיי בלאזן .און אויף דעם איז שוין חלילה דא א הוה
אמינא ,ווייל אויף בלויז אנצוכאפן דעם שופר אין דער האנט – קענען
דאך די אומות העולם אויך.
נאר לויט דעם ווערט טאקע צוריק שווער די מסקנא פונעם מדרש:
"אלא שיודעין לרצות את בוראם בתרועה" – אויב ווייסט מען
גארנישט קיין שום כונה ,נו ,וויאזוי קענען מיר מרצה זיין דעם בורא
כל עולמים מיט אונזערע תקיעות – מיט עפעס א זאך וואס די אומות
העולם קענען נישט? אונז זעמיר דאך אזוי פארשטאפט ,אזעלכע
פארקלעמטע הערצער...
נאר עס שטייט ביי משה רבינו (שמות ב ,ו)" :וַ ּ ִת ְפ ּ ַתח וַ ּ ִת ְר ֵאה ּו ֶאת ַה ֶ ּי ֶלד
ֹ ֹ ֹ
אמר ִמ ַ ּי ְל ֵדי ָה ִע ְב ִרים זֶ ה" .איז דאך וְ ִה ֵ ּנה נַ ַער ּב ֶכה וַ ּ ַת ְחמל ָע ָליו וַ ּת ֶ
לכאורה שווער ,פון וואו האט בתיה בת פרעה געזען אז דאס איז א
אידיש קינד? וואס האט זי דא געזען עפעס א סימן וואס ווייזט אז
'מילדי העברים זה'? און אויך דארף מען פארשטיין וואס רש"י הק'
זאגט" :ותראהו – שראתה עמו שכינה" ,וואו איז דאס מרומז אינעם
פסוק? נאר עס קען זיין ,אז דאס זאגט טאקע דער פסוק "והנה נער
בוכה" ,זי האט געזען וויאזוי ער פארגיסט א אידישע טרער – האט זי
געזען אז דאס איז א אידיש קינד! עס איז גארנישט דער סארט געווייין
פון די אומות העולם! ווייל ווען א איד וויינט ,קומט ארויס דאס
צובראכנקייט פון דער אידישער נשמה און עס ווערט דארט א
'השראת השכינה' ,און דאס האט זי געזען.
וט דאס ענטפערט דער מדרש" :יודעין לרצות את בוראם בתרועה" -
'תרועה' איז א לשון פון צובראכנקייט; ווי עס שטייט (תהלים ב,
ׁ ֹ
"תר ֵעם ְ ּב ֵ
ש ֶבט ַ ּב ְרזֶ ל" .און אזוי זעט מען טאקע ,אין דער גמרא (ר"ה ט)ְ ּ :
לג ,):אז דער 'קול תרועה' איז א קול פון צובראכנקייט; ווי די גמרא
זאגט דאס לשון" :גנוחי גנח וילולי יליל" .דאס הייסט ,אז כאטש מיר
ווייסן טאקע נישט קיין שום כונה און קיין שום הויכע ענינים ,אבער
אמרי מנחם /ראש השנה
א צובראכן הארץ קענען מיר יא האבן און פארגיסן א טרער פארן
בורא כל עולמים ,און דורכדעם וועט ווערן השראת השכינה! אידישע
הערצער זענען צובראכן ,מען בעט זיך ביי הקדוש ברוך הוא! און דאס
קענען נישט די אומות העולם! זיי קענען טאקע נעמען דעם שופר
אין דער האנט און בלאזן ,אבער ווי קענען זיי צושטעלן א אידישע
טרער? ווי קענען זיי מרצה זיין דעם בורא כל עולמים מיט אזא מין
תקיעת שופר וואס גייט צו מיט א קרעכץ און א טרער פארן בורא כל
עולמים? דאס קענען נאר אידישע קינדער! און דעמאלט ווערט
לעכטיג! און אזוי ארום קענען מיר איבערבעטן דעם אייבערשטן.
דאס וויל טאקע דער פסוק מדגיש זיין" :אשרי העם יודעי תרועה",
וואויל איז פאר כלל ישראל ,וואס אפילו די שוואכערע מדרגה
וועלכע קענען נישט מכוין זיין קיין שום כונה – זענען אויך אין דער
מדרגה פון 'יודעי תרועה' ,נישט דורך זייערע כוונות ,נאר דורך
זייערע טרערן און צובראכן הארץ ,וואס א איד ווערט יעצט נתעורר
און לאזט א טרער" :פארוואס האב איך אנגעברענגט אזא יאר?
פארוואס האב איך נישט געהאט קיין שכל?" .און דאס איז דער ענין
פונעם 'תרועה'.
דאס קען זיין דער המשך פונעם פסוק" :ה' באור פניך יהלכון" .ווייל
עס איז דאך ידוע פון ספרים הקדושים (עי' אור החיים הק' שמות לג,
יד) ,אז דער ענין פון 'השראת השכינה' ווערט אנגערופן 'אור פני ה'.
ממילא זאגט דער פסוק ,דורכדעם וואס אידישע קינדער גייען צו
צום שופר בלאזן מיט א צובראכן הארץ און מ'פארגיסט טרערן,
זענען זיי זוכה צום "ה' באור פניך יהלכון" ,דאס הייסט ,זיי זענען
זוכה צו 'השראת השכינה'.
עס קען זיין ,אז די 'השראת השכינה' וואס בתיה האט געזען ביי
משה ,איז דער זעלבער ענין ווי דאס וואס שטייט אויבן ביי יוכבד
ֹ ֹ ֹ
"ו ּ ֵת ֶרא אתו ִּכי טוב ה ּוא" ,זאגט רש"י" :כשנולד נתמלא
(שמות ב ,ב)ַ : זט
הבית כולו אורה" ,וואס 'אורה' ווייזט אויף השראת השכינה; ווי מען
האט גערעדט ,און 'טוב' ווייזט אויך אויף 'השראת השכינה' כידוע.
ווען בתיה האט געזען אז ער וויינט ,האט זי געזען דארטן דעם 'אור
כי טוב' ,די 'השראת השכינה'.
אמרי מנחם /ראש השנה
ממילא איז יעצט טאקע א זמן ,פון 'דבר בעתו מה טו"ב' .אז מען
שטייט פאר תקיעת שופר ,זאל מען זען נישט צו זשאלעווען
קיין טרערן! לאמיר זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן הייליגן באשעפער
דער גרויסער בעל הרחמים! יעצט איז דער זמן ,רבותי! דער
אייבערשטער דער יודע מחשבות ווייסט דאך ,אז יעדן איד טוט וויי
דער מצב זיינער! יעדער איד וואלט געוואלט נתקרב ווערן ,ובפרט אין
אזא טאג ,די הערצער זענען צובראכן ,רבותי ,מיט א טרער פארן
הייליגן באשעפער קען מען געהאלפן ווערן!
יעדער איד זאל זיך זען מתבונן צו זיין ,און זיך בעטן ביים הייליגן
באשעפער" :דו האסט דאך אונז געגעבען אזא טאג און אזא
מינוט ,אזא הייליגע מצוה ,גיב אונז אויך אריין א הארץ! לב טהור ברא
לי אלקים".
רבותי ,לאמיר זיך נעמען אין די האנט אריין! דער אייבערשטער איז
'שומע תפלת כל פה' פון יעדן איינציגן איד! עס האט דאך
נישט קיין שיעור און קיין ערך א תפלה פון א איד ,פון יעדן איד אין
וועלכען מצב ער זאל נאר זיין!
על כל פנים ,בעטן מיר זיך יעצט ,דער אייבערשטער זאל העלפן,
מיר זאלן זוכה זיין צו א הרהור תשובה ,אז מ'זאל מיר קענען
דאווענען און זאגן דיבורים פארן אייבערשטן מיט א שטיקל הארץ,
כאטשיג א שטיקל הארץ ,מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א נחת'דיג יאר,
צו א שנת ישועה ברוחניות ובגשמיות ,א שנת תשובה ,און און עס זאל
שוין טאקע זיין דער שנת גאולה ,אז דאס גאנצע כלל ישראל זאל שוין
געהאלפן ווערן.
ּ
י-ה "מן ַה ֵּמ ַצר ָק ָר ִ
אתי לאמיר צוזאמען שרייען צום אייבערשטעןִ :
ָענָ נִ י ַב ֶּמ ְר ָחב ּ
י-ה".
זי
4
אמרי מנחם /ראש השנה
ַא ׁ ְש ֵרי ָה ָעם י ְֹד ֵעי ְתרו ָּעה ה' ְּבאוֹר ּ ָפנֶ ָיך יְ ַה ֵּלכוּן.
א) לכאורה איז שווער ,וואס איז דער שייכות פונעם 'רישא' – אז
אידן ווייסן וויאזוי צו בלאזן שופר ,צו דער 'סיפא' – אז
אידן זענען זוכה צו גיין מיטן אור פונעם אייבערשטן?
ב) אין מדרש שטייט (פסיקתא דר"כ כג ,ד)" :וכי אומות העולם אינם
יודעים להריע כמה קרנות יש להם וכמה בוקינס יש להם
כמה סלפינגס יש להם ואת אומר אשרי העם יודעי תרועה ,אלא אשרי
העם שיודעין לפתות את בוראם בתרועה" – די גוים ווייסן אויך
וויאזוי צו בלאזן שופר ,אבער בלויז אידן ווייסן ווי צו 'מפתה' זיין,
איבעררעדן דעם אייבערשטן דורך די תקיעות .דארף מען פארשטיין,
וויאזוי זענען אידן מפתה דעם אייבערשטן דורך די תקיעות?
ג) אויך שטייט אין מדרש (תנחומא ראה יא)" :בזכות שני דברים ישראל
מתחטאין לפני המקום בזכות שבת ובזכות מעשרות" – אין
זכות פון צוויי זאכן ווערן אידן גערייניגט פארן אייבערשטן ,אין זכות
פון שבת און פון מעשרות .דארף מען פארשטיין דעם שייכות פון די
צוויי זאכן?
ד) אויך דארף מען פארשטיין ,וואס איז דער כח פון 'מעשר' צו
ברענגען א טהרה אויף א איד?
ה) אויך קען מען מדייק זיין ,פארוואס דער מדרש כאפט אן 'מעשרות'
מיט א לשון רבים ,און ביים 'שבת' כאפט ער ָאן א לשון יחיד?
מען שטייט דאך יעצט אין אזא הויכער זמן פון תקיעת שופר ,עס איז
א בחינה אז עס קומט זיך צוזאם א קדושה פון 'עולם'' ,שנה' און
'נפש' .די קדושה פון 'עולם' – מען שטייט דאך אין א 'מקום קדוש',
אין בית המדרש צווישן אידישע קינדער וואס קומען זיך בעטן ביי
הקב"ה אז מיר ווילן זוכה זיין צו אן אמת'דיגן הרהור תשובה .דאס חי
איז דער ענין פון 'מקום'.
די קדושה פון 'שנה' – דארף מען דאך נישט זאגן דעם 'תוקף קדושת
היום' ,וואס יעצט ווערט נתעורר די מדה פון 'חסד' ,היום הרת
עולם ,דער התעוררות פון בריאת העולם וואס עס איז געווען מיט
אמרי מנחם /ראש השנה
'חסד'; ווי עס שטייט (תהלים פט ,ג)" :עולם חסד יבנה" .און דער קדושה
פונעם טאג איז אזוי גרויס ,אז דער תולדות זאגט (פרשת שלח וד) ,אז די
תפלות פון ראש השנה זענען מעלה אלע תפלות פון א גאנץ יאר .און
בפרט אז מען שטייט יעצט אין א זמן פון תקיעת שופר ,וואס מען
ווייסט פונעם זוהר הק' וואס מען זאגט פאר די תקיעות ,וואס דאס
מיינט תקיעת שופר ,וואס אלץ עס ווערט יעצט אפגעטון.
די קדושה פון 'נפש' -יעצט אין דעם זמן ווערט דאך דער נפש פון א
איד אזוי נתעלה! עס איז נישט קיין ספק אז יעדער איד שטייט
יעצט גאר הויך! מען דארף זיך נאר נעמען אין די האנט אריין ,און
נישט דורכלאזן דעם גרויסן געלעגנהייט פון אזא גרויסן און הייליגן
זמן.
אין אזא צייט איז אבער א איד אזוי צובראכן פון זיין מצב וואו ער
האלט .יעדער וואלט דאך געוואלט זיך צוגרייטן צו תקיעת
שופר ,יעדער האט געוואלט אנקומען צו תקיעת שופר מיט אן עבודה
פון חודש אלול ,תשובה צו טון מיט אן אמת'דיגקייט און מתקן זיין די
מעשים זיינע .און אז מען האלט שוין ביי תקיעת שופר ,און מען איז
נאכאלץ אזוי ליידיג און ארים נעבעך ,ווערט מען דאך אזוי צובראכן
אויף שברי שברים.
דער עבודת ישראל (פרשת ראה ד"ה עשרה) ברענגט פון רבי'ן ר' אלימלך
א טייטש אויף די משנה (ר"ה ב" :).באחד באלול ראש השנה למעשר
וזל"ק" :דשמעתי משל ממורי מובא בספרי הגדול בפ' נצבים ,שפעם א' תעו ד
סוחרים מן הדרך ונחו שם לישן ,עד שנזדמן להם איש להורות להם הדרך,
ונזדמן א' שהוליכם למקום גדודי חיות ולסטים ,ויש שהוליכן למקום ישר.
והנמשל כי אותיות התורה שבהם נברא העולם באו בעה"ז כדמות סוחרים ,ותעו
מהדרך וישנים ,ובא אחד ולומד לשמה מוליך אותן לדרך הישר לדבקן בשרשן,
מה שאין כן כשאינו לומד לשמה מוליכן ללסטים ודפח"ח .וכן הוא בתפלה ,ע"י
טי מחשבות זרות נפסל התפלה ,ומשליכן במקום פסולי המוקדשין .ואם מתפלל
בר"ה בכוונה ,מעלה כל התפלות של כל השנה שחרית לשחרית ומנחה
למנחה וכו'".
וזל"ק" :עשר תעשר את כל תבואת זרעך .הנה אדמו"ר הצדיק מורינו אלימלך ה
זצ"ל פירש דרך רמז מה שאמרו חז"ל (ר"ה ב ).באחד באלול ראש השנה
למעשר בהמה ,רבי אלעזר ורבי שמעון אומרים באחד בתשרי .דאיתא בזוה"ק
דמעשר רומז ליראה ,כי י יראה כנודע .והנה דעת התנא קמא מי שמתנהג כל
אמרי מנחם /ראש השנה
בהמה ,רבי אלעזר ורבי שמעון אומרים באחד בתשרי" ,זאגט דער
רבי ר' אלימלך ,אז 'מעשר' איז דער ענין פון 'יראה' ,זאגט דער תנא
קמא ,אז דער וואס באקומט א 'יראה' און טוט תשובה ראש חודש
אלול ,איז א 'בהמה'! ווייל אן ערליכער איד וואס איז בגדר 'אדם'
האט זיך אינזין א גאנץ יאר ,און ער ווארט נישט אויף ראש חודש
אלול .אבער רבי אלעזר און רבי שמעון האלטן ,אז ניין! אויב ער טוט
כאטש תשובה ראש חודש אלול – איז ער נאך בגדר 'אדם' ,נאר אויב
ער לאזט דורכגיין דעם אלול ָאן גארנישט ,און ערשט ראש השנה
כאפט אים ָאן א ציטער און א יראה – דעמאלט איז ער ווי א 'בהמה'.
מען קען אפשר זאגן לויט אונזער שפלות'דיגער מצב ,אז הלואי זאלן
מיר כאטש זיין ווי דער 'בהמה' פון רבי אלעזר און רבי שמעון!
אויף אזא בחינת בהמה – וואס באלד ווי עס קומט אריין דער גרויסער
הייליגער טאג ראש השנה ,כאפט אים ָאן א 'יראה' און ער טוט
"א ָדם ּו ְב ֵה ָמה
תשובה – איז געזאגט געווארן דער פסוק (תהלים לו ,ז)ָ :
ֹׁ
יע ה'" – א בהמה באקומט אויך א 'ישועה' פונעם אייבערשטן! תו ִש ַ
בפרט אז מען טרעפט דאך א בחינה פון 'בהמתן של צדיקים' וואס
דער אייבערשטער היט זיי אפ פון א מכשול; ווי די גמרא דערציילט
(חולין ז ,).אז דער חמור פון רבי פנחס בן יאיר האט נישט געוואלט עסן
קיין טבל .ממילא ,אויב טוט מען כאטש תשובה באלד ווי מען קומט
אריין אינעם יום טוב – איז מען כאטש א בחינה פון דער בהמה פון
רבי אלעזר און רבי שמעון ,וואס ער האט אויך משיג געווען אז מען
דארף טון רצון הבורא.
השנה בדרך הכסילים רק בר"ח אלול הוא מתעורר לתשובה וליראת הש"י ,הוא כ
כמו הבהמה שאין לו דעת אדם ,וזהו שאמרו באחד באלול ראש השנה למעשר
בהמה ,שאז מי שיש לו דעת בהמה מתעורר ליראה הנרמז במעשר .כי מי שהוא
בבחינת אדם ירא השי"ת כל השנה כולה .ורבי אלעזר ורבי שמעון אומרים באחד
בתשרי ,פירוש שמי שמתעורר על כל פנים בר"ח אלול הוא גם כן בבחינת אדם,
אבל מי שממתין עד באחד בתשרי והוא ראש השנה יומא דדינא דכולי עלמא
ואז רק משיג היראה הוא מעשה בהמה ,כי על כל פנים צריך לדרוש שלשים יום
קודם ודפח"ח".
אמרי מנחם /ראש השנה
אבער ליידער אין אונזער מצב ,וואס מען שטייט שוין ביים צווייטן
טאג ראש השנהו ביי תקיעת שופר ,און מען האט נאכאלץ נישט
תשובה געטון ,דאס הארץ איז נאכאלץ אזוי מטומטם און אזוי
פארשטיינערט! מען האט נאכאלץ נישט געכאפט קיין ציטער –
איז מען דאך נעבעך ערגער פון א בהמה! מען האט אפגעפירט א
גאנץ יאר נישט ווי עס דארף צו זיין ,און אפילו חודש אלול -האט
מען זיך אויך נישט גענומען אין דער האנט אריין ,און עס איז שוין
דורכגעגאנגען אן ערשטער טאג ראש השנה ,און נאכאלץ איז מען
אזוי פארקלאפט און מטומטם! און אויף דעם וואונדערט זיך דער
ֹ ׁ ֹ
"אם יִ ּ ָת ַקע שו ָפר ְ ּב ִעיר וְ ָעם לא יֶ ֱח ָרד ּו" –
הייליגער נביא (עמוס ג ,ו)ִ :
מען האלט שוין ביי תקיעת שופר און דו ביסט נאכאלץ נישט
דערציטערט? ווי קען זיין אזא מציאות? "אם לא עכשיו אימתי" ,עס
איז דאך שוין דאס שפעטסטע וואס קען זיין ,פארוואס האסטו זיך
נאכאלץ נישט געגעבן א וועק אויף? קומט אויס ,אז עס איז יעצט א
זמן וואס אפילו דער גרעסטער 'פחות שבפחותים' – וואס ער איז נאך
ערגער פון א בהמה – דארף שוין אויך נתעורר ווערן.
נו אויב אזוי ,איז דאך זייער שווער :וויאזוי איז דאס געשען אז א
גאנץ יאר האבן מיר נישט געשפירט ווי מען פאלט ארויס פון דער
קדושה? וויאזוי זענען מיר ווי ארויסגעפאלן פון דער קדושת הזמנים?
ווי האלט מען גארנישט מיט מיט דעם אלול? וויאזוי איז דאס עפעס
אז נאך אזויפיל כוחות הקדושה פון אלול און דעם ערשטן טאג ראש
השנה פילט מען זיך נאכאלץ נעבעך אזוי מטומטם און אזוי ווייט?
מה זה ועל מה זה? פארוואס איז מען טאקע אזוי אין אזא מצב?
אבער באמת איז נישט קיין פלא פארוואס מיר זענען אזוי
פארשטיינערט ,ווייל מיר האבן נישט ליידער די צדיקים
וואס זאלן אונז מעורר זיין דאס הארץ! פארצייטנס ,האבן אידן זוכה
געווען צו הערן דברי מוסר פון די הייליגע צדיקים און קדושים ,די
אכ
תלמידי בעל שם טוב הק' ,וואס דאס איז ארויסגעגאנגען פון טיפעניש
פון זייער הארץ ,מיט אזא פנימיות ,מיט אזא אהבה און יראה ,נו,
פארשטייט זיך אז ווען מען האט געהערט אזעלכע דיבורים איז מען
בשנה ההיא חל יום א' דר"ה בשב"ק ,ואז דרש רבינו ביום ב' לפני תקיעת שופר. ו
אמרי מנחם /ראש השנה
אודאי נתעורר געווארן! די דיבורים זענען אריינגעגאנגען טיף אין
הארצן אריין ,און עס האט צולאזט דאס פארשטיינערט הארץ! און
אפילו שפעטער ,אפילו אין אונזערע צייטן ,האבן מיר נאך אויך
געהאט צדיקים און קדושים ,בפרט אז מיר האבן געהאט די זכיה צו
הערן דיבורים פונעם רבי'ן זכרונו לברכה ,וואס עס איז ממש געווען
א בחינה פון "אם אבן הוא נימוח" (סוכה נב ,):דער יצר הרע וואס ווערט
אנגערופן 'אבן' (שם) ,וואס ער מאכט דאס הארץ פארשטיינערט ,איז
אינגאנצן צולאזט געווארן!
ֹ ׁ
דאס קען זיין מרומז אין פסוק (בראשית כט ,י)" :וַ יְ ִהי ַּכ ֲא ֶשר ָר ָאה יַ ֲעקב
ׁ ֹ ׁ
ֶאת ָר ֵחל וגו' וַ ִ ּי ַ ּגש יַ ֲעקב וַ ָ ּי ֶגל ֶאת ָה ֶא ֶבן ֵמ ַעל ּ ִפי ַה ְ ּב ֵאר וַ ַ ּי ְש ְק ֶאת
ֹ
צאן ָל ָבן" – 'יעקב' איז מרמז אויפן צדיק ,און 'רחל' איז מרמז אויפן
כלל ישראל בשעת ווען זיי זענען אין גלות ,וואס דעמאלט וויינט רחל
"ר ֵחל ְמ ַב ָּכה
אויף זייער שפלות; ווי עס שטייט אין פסוק (ירמיה לא ,יד)ָ :
ּ ֹ
ַעל ָ ּבנֶ ָ
יה" .און דעמאלט אין גלות איז א בחינה פון "וְ ָה ֶא ֶבן ְגד ָלה ַעל ּ ִפי
ַה ְ ּב ֵאר" – דער 'באר' איז מרמז אויפן מקור הקדושה ,בפרט אויף די
תורה הקדושה וואס ווערט אנגערופן 'באר מים חיים' .נו ,וואלט דאך
יעדער איד געדארפט באקומען א געוואלדיגן חיות דקדושה פון דער
תורה הקדושה ,און יעדער איד וואלט ווען געדארפט אפרעכטן א
ֹ
יאר ווי עס דארף צו זיין ,אויף דעם זאגט דער פסוק" :וְ ָה ֶא ֶבן ְ ּגד ָלה ַעל
ּ ִפי ַה ְ ּב ֵאר" – עס איז אבער דא א גרויסער שטיין ,דאס איז דער יצר
הרע – וואס ער פארשטיינערט דאס אידיש הארץ ,און ער לאזט נישט
צו אז עס זאל אריינשיינען אין הארץ די השפעת הקדושה פון די
ֹ ׁ
תורה הקדושה .זאגט דער פסוק" :וַ יְ ִהי ַּכ ֲא ֶשר ָר ָאה יַ ֲעקב ֶאת ָר ֵחל" -
ווען יעקב האט זיך אומגעקוקט און געזען וואספארא פנים דער
ֹ ׁ
'רחל' – דאס מיינט מען אונז – האבן אינעם גלות" ,וַ ִ ּי ַ ּגש יַ ֲעקב" –
הגשה זו תפלה (ב"ר צג ,ו) -האט יעקב אנגעהויבן מתפלל זיין זיינע
געוואלדיגע תפלות צום בורא כל עולמים ,און דורכדעם האט ער
אויסגע'פועל'ט ,אז "וַ ָ ּי ֶגל ֶאת ָה ֶא ֶבן ֵמ ַעל ּ ִפי ַה ְ ּב ֵאר" – ער האט בכ
אוועקגענומען דאס פארשטיינערט הארץ פון אידישע קינדער! און
ֹ ׁ
"וַ ַ ּי ְש ְק ֶאת צאן ָל ָבן" – ער האט אנגעטרינקען אידישע קינדער מיט
קדושה וטהרה! און אלע צדיקים שבכל הדורות זענען געווען אין
דער בחינה פון 'יעקב' ,וואס זיי האבן געזאגט הייליגע דיבורים ,און
אמרי מנחם /ראש השנה
דורכדעם האבן זיי מעורר געווען די הערצער צו אן אמת'ן הרהור
תשובה.
ליידער היינט בעונותינו הרבים ,האבן מיר נישט גארנישט! מה
נאמר ומה נדבר ,מיר זענען אין א מצב פון 'דלים ורקים',
מיר זענען געבליבן פארארימט ,אזוי ליידיג און ווייניג .מיר האבן נאך
געהאט א אידז וועלכער האט באלאנגט צו די דורות הקודמים ,וואס
ער האט נאך אנגעפירט א יאר און א חודש אלול ווי די צדיקי אמת,
אבער בעונותינו הרבים האבן מיר נישט געהאט די זכיה אז ער זאל
בלייבן מיט אונז .ממילא ,האבן מיר נישט ווער עס זאל אונז
אוועקנעמען דעם 'לב האבן' און מעורר זיין אונזערע הערצער צום
אייבערשטן.
אבער טייערע אידן ,דער אמת איז ,אז דער כח הרבים וואס אידישע
קינדער נעמען זיך צוזאם אינאיינעם ,און ווילן נתקרב ווערן
צו דער קדושה – האט אויך א געוואלדיגן כח! ווי די ספרים הקדושים
(עי' דגל מחנה אפרים פר' ויצא ד"ה או ,ומאור עינים פר' ויצא ד"ה ונאספו ,ועוד) טייטשן
ׁ
דעם פסוק (בראשית כט ,ג)" :וְ נֶ ֶא ְספ ּו ָש ָּמה ָכל ָה ֲע ָד ִרים וְ ָג ֲלל ּו ֶאת ָה ֶא ֶבן
ֹ ׁ
צאן" – די תורה גיבט דא אן עצה וויאזוי ֵמ ַעל ּ ִפי ַה ְ ּב ֵאר וְ ִה ְשק ּו ֶאת ַה ּ
מען קען אוועקנעמען דעם 'שטיין' ,דעם 'לב האבן' ,וואס לאזט נישט
אריין קיין השפעה דקדושה פונעם 'באר מים חיים' .זאגט די תורה,
ׁ
די עצה איז" :וְ נֶ ֶא ְספ ּו ָש ָּמה ָכל ָה ֲע ָד ִרים" -אלע שעפעלעך ,דאס זענען
די אלע אידישע קינדער וועלכע זענען דארשטיג צו טרינקען פונעם
באר ,זיי האבן א תשוקה צו דער קדושה – דארפן זיך צוזאמנעמען
אלע אינאיינעם מיט אן אחדות ,און דעמאלט האבן זיי א כח אז
"וְ ָג ֲלל ּו ֶאת ָה ֶא ֶבן ֵמ ַעל ּ ִפי ַה ְ ּב ֵאר" – זיי קענען אוועקרוקן דעם יצר
הרע! ווייל ווען אידישע קינדער נעמען זיך צוזאם ,האבן זיי א 'כח
הרבים' אוועקצונעמען דעם 'לב האבן' – אין דער בחינה וואס עס
ׂ ֹ
גכ שטייט לעתיד (יחזקאל לו ,כו)" :וַ ֲה ִסר ִתי ֶאת ֵלב ָה ֶא ֶבן ִמ ְ ּב ַש ְר ֶכם וְ נָ ַת ּ ִתי
ׂ
ָל ֶכם ֵלב ָ ּב ָשר" .מיטן כח הרבים קען מען זוכה זיין אז עס זאל ווערן
אביסל ליכטיגער און עס זאל זיך עפענען די כוחות הקדושה! און
הדרשה זו הי' ראש השנה שנת תש"ס ,כמו שנה אחר הסתלקות הרב הצדיק ז
רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע ביום כ"ז חשון תשנ"ט לפ"ק.
אמרי מנחם /ראש השנה
מען זאל קענען האבן א שטיקל הרגש ,א שטיקל געפיל ,א שייכות
ֹ ׁ
צאן" – קען מען מיט די איצטיגע זמנים! און דעמאלט "וְ ִה ְשק ּו ֶאת ַה ּ
משקה זיין די צאן ,אידן באקומען א חיות און א השפעה פון דער
תורה הקדושה .ממילא ,הייליגע אידישע קינדער ,לאמיר צוזאמען
תשובה טון!
טייערע אידישע קינדער ,לאמיר זיך נישט אונטערשאצן! חס ושלום
מען זאל נישט זאגן ,אז היינטיגע צייטן קען מען נישט
תשובה טון און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן חלילה ,ווייל
פארקערט ,די סיבה פארוואס מען האט אונז אוועקגענומען די
צדיקים איז ,ווייל פון הימל וויל מען אז מיר זאלן אליינס טון! מיר
זאלן זיך אליינס אינזין האבן! ווי דער עוללות אפריםח זאגט ,אז
ווילאנג מען לערנט זיך אפ פונעם צדיק ,צו גיין אין זיינע דרכים –
האט מען די זכיה אז דער צדיק בלייבט מיטן דור נאך און נאך יארן,
אבער אויב מען לערנט זיך נישט אפ פונעם צדיק און פון זיינע
דרכים ,נאר מען פארלאזט זיך אז דער צדיק וועט שוין מכפר זיין
פארן דור און ממתיק זיין די גזרות ,קומט דאך אויס פארקערט ,אז
דער צדיק איז גאר דער גורם אז אידן זאלן חלילה אפלאזן דעם 'דרך
התורה' און נישט מורא האבן פון קיין פורעניות ,דעריבער ,נעמט
מען צו דעם צדיק פונעם דור ,און מען זאגט זיי" :פארלאזט אייך
נישט אויף קיינעם! עטץ דארפט טון אליינס!".
דער עוללות אפרים ברענגט א משל אויף דעם :אמאל איז געווען א
גרויסע מדינה וואס זיי האבן געהאט א גרויסן מלך ,א 'בעל
מלחמות' ,וואס ער האט גוט געקענט תכסיסי מלחמה און ער האט
געהאט אונטער זיך א גרויסן מיליטער מיט אסאך גבורי מלחמה .און
אזוי האט ער איינגענומען אסאך מדינות אונטער זיך .האט אמאל
פאסירט ,אז עס האבן זיך צוזאמענגענומען אסאך קליינע מדינות
מלחמה צו האלטן מיט איינע פונעם מלך'ס מדינות .און דארט האט דכ
געוואוינט איינע פון די גרויסע גבורי מלחמה פונעם מלך .אבער
כאטש זיי האבן געהאט דעם גבור דארט ,האבן זיי געוואלט אז דער
חלק ד' ,עמוד ה' מאמר תקל"ח .חיברו הרב הגאון רבי אפרים מלונשיץ ,רבו של ח
התוי"ט.
אמרי מנחם /ראש השנה
מלך זאל זיי שיקן נאך גבורים און מיליטער ,דעריבער האבן זיי
געשריבן א בקשה צום מלך אז ער זאל זיי שיקן א גרויסן חיל .ווי
דער קעניג האט באקומען דעם בריוו ,האט ער געהייסן אז דער גבור
וועלכער איז שוין דארט – זאל קומען צו אים און נישט שטיין צו
הילף צו דער מדינה .האבן זיך די בני מדינה זייער געוואונדערט ,לא
די אז ער שיקט זיי נישט נאך מיליטער ,נעמט ער גאר אהיים דעם
גבור וועמען זיי האבן שוין? איז געווען דארט א חכם ,האט ער זיי
געזאגט" :דער מלך ווייסט אז עטץ האט יא די כוחות אליינס מלחמה
צו האלטן מיט די שונאים! נאר עטץ זענט אייך מתעצל און עטץ
נוצט נישט אויס אייערע כוחות ,וויבאלד עטץ פארלאזט אייך אויפן
מלך'ס גבורים און שטארקע מיליטער ,דעריבער האט דער מלך
צוריקגערופן דעם גבור צו זיך ,ווייל ער וויל אז עטץ זאלט נישט
האבן קיין ברירה און עטץ זאלט מוזן אליינס מלמחה האלטן מיטן
שונא ,ממילא ,וועט עטץ ארויסברענגען אייערע כוחות מכח אל
הפועל ,און דעמאלט וועט קיינער אייך נישט קענען באזיגן!".
זאגט דער עוללות אפרים ,דער נמשל איז :דער אייבערשטער איז אן
'איש מלחמה' ,ער איז 'שובר אויבים ומכניע זדים' ,ער האלט
מלחמה מיט דער סטרא אחרא און איז זיי כסדר מכניע .און צו דעם
האט דער אייבערשטער גרויסער גבורי מלחמה ,דאס זענען די
צדיקים וואס זיי טוען דעם רצון ה' און האלטן מלחמה מיטן יצר
הרע .אבער אמאל געשעט אז כלל ישראל שפירט ווי עס נעמען זיך
צוזאם אלע מיני נסיונות און כוחות הטומאה קעגן זיי ,און מען
שפירט ממש ווי דער יצר הרע וויל איינשלינגען דאס ביסל קדושה
וואס איז נאך געבליבן ,און אידן בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל
זיי שיקן גרויסע לייט מלחמה צו האלטן מיט די אלע נסיונות .אבער
אנשטאט דעם ,געשעט פארקערט ,אז דער אייבערשטער נעמט גאר
צו דעם איינעם צדיק אויף וועמען אידן האבן זיך געהאט פארלאזט.
הכ פארוואס טוט דאס דער אייבערשטער? ווייל ער ווייסט אז אידן
האבן יא די כוחות זיך צו שלאגן און מנצח זיין! און ער ווייסט ,אז
אויב וועלן אידן זיך נישט אליין נעמען – איז נישט גענוג די כוחות פון
צדיקים! מען מוז האבן די כוחות פון גאנץ כלל ישראל! נאר אזוי קען
מען מנצח זיין די אלע שונאים און די אלע כוחות הטומאה ,און אויב
פארלאזט מען זיך אויפן צדיק'ס זכות ,און צוליב דעם פירט מען זיך
אמרי מנחם /ראש השנה
נישט ווי עס דארף צו זיין – נעמט מען אים צו פון הימל ,כדי אידן
זאלן נישט האבן קיין ברירה און זיך מוזן נעמען אין די האנט אריין.
מיט דעם טייטשט דער עוללות אפרים דעם פסוק (שמואל ב א ,יח):
ֹ ֹ ֹ ׁ ֹ ֹ
אמר "וַ יְ קנֵ ן ָ ּדוִ ד ֶאת ַה ִ ּקינָ ה ַה ּזאת ַעל ָשא ּול וְ ַעל יְ הונָ ָתן ְ ּבנו ,וַ ּי ֶ
יך ָח ָלל ֵא ְ ֹ
מו ֶת ָ ׂ ׁ
יך נָ ְפל ּו צ ִבי יִ ְש ָר ֵאל ַעל ָ ּב ְל ַל ֵּמד ְ ּבנֵ י יְ ה ּו ָדה ָק ֶשת וגו' ַה ְ ּ
ֹ
ִג ּבו ִרים" – דוד המלך האט געקלאגט אויפן צדיק יהונתן ,אז די סיבה
פארוואס מען האט אים אוועקגענומען פון דער וועלט איז ,כדי
אויסצולערנען פאר אידישע קינדער ,אז זיי זאלן אליינס האלטן דעם
'קשת' און מלחמה האלטן מיטן יצר הרע! און דערפאר זענען געפאלן
די 'גבורים' אין דער מלחמה ,כדי אידן זאלן זיך נישט פארלאזן אויף
די גבורים ,נאר זיי זאלן אליינס זיך לערנען די אלע תכסיסי מלחמה
וויאזוי כובש צו זיין דעם יצר הרע.
לעניננו ,ליידער האבן מיר פארלוירן אזא צדיק וקדוש ,א איד
וועלכער האט נאך מיטגעלעבט מיט אונזער דור .נו ,דארף
מען זיך געבן א דין וחשבון און אריינטראכטן :ווער ווייסט צי עס איז
נישט געווען דער ענין ,אז מען האט זיך צופיל געהאט פארלאזט
אויף אים און מען האט נישט געטון גענוג מיט די אייגענע כוחות.
ממילא קומט אויס ,אז מען זאגט אונז פון הימל ,אז מיר קענען יא
צוזאמנעמען די כוחות און אוועקנעמען דעם 'לב האבן' און
נתעורר ווערן צו תשובה באמת .און מיר דארפן זיך ארויסנעמען א
מוסר השכל אויף ווייטער ,ווייל עס זענען זיכער נאך היינט אויך
פארהאן צדיקי הדור ,צדיקים נגלים און צדיקים נסתרים; ווי דער
חובת הלבבות שרייבט (שער התשובה פרק ו') "ואין דור מן הדורות ריק
ממנו ,כמו שאמרו רבותינו ,זכרונם לברכה (קדושין עב ):עד שלא כבתה
שמשו של משה זרחה שמשו של יהושע תלמידו ,עד שלא כבתה
שמשו של עלי זרחה שמשו של שמואל הרמתי ,עד שלא כבתה שמשו
של אליהו זרחה שמשו של אלישע ,יום שמת רבי עקיבא נולד רבינו וכ
הקדוש .ועל הדרך הזה ימצא בכל הדורות ובכל הארצות ,לא יחסר
קורא אל האלהים ואל עבודתו ומורה את תורתו" .און דורכדעם וואס
מיר וועלן זיך נישט אינגאנצן פארלאזן אויף זיי ,נאר מען וועט אליינס
טון מצוות און מעשים טובים – וועט מען זיי נישט דארפן אוועקנעמען
חלילה.
אמרי מנחם /ראש השנה
נחזור לעניננו ,אונזער כח אוועקצונעמען דעם 'אבן מעל פי הבאר',
צו עפענען דאס הארץ ,איז דורכן אחדות וואס מיר קומען זיך
צוזאם אינאיינעם און מיר ווילן אלע תשובה טון און נתקרב ווערן
צום אייבערשטן .בפרט אז דורכדעם ווערן מיר אלע נכלל אינאיינעם
גדולים וקטנים ,נו ,עס זענען דאך זיכער פארהאן אזעלכע אידן וואס
זיי האבן תשובה געטון גאנץ חודש אלול און יא געהאט א גוטע הכנה
צו דעם טאג ,ווער רעדט נאך ווען ראש השנה איז שוין אנגעקומען
– האבן זיי אודאי ריכטיג תשובה געטון און אריינגעקומען אינעם
טאג מיט א הארץ און א הרגש דקדושה ,ממילא ,אז מען נעמט זיך
צוזאם אינאיינעם ,איז נישט קיין ספק אז די דאזיגע אידן האבן זיכער
א השפעה אויף די 'חלושי כח' ,אז אויך זיי זאלן קענען עפעס צוקומען
צו א שטיקל הרהור תשובה! זיי זאלן נישט חלילה נדחה ווערן חס
"ל ִב ְל ּ ִתי יִ ַ ּדח ִמ ֶּמ ּנ ּו נִ ָ ּדח".
ושלום; ווי עס שטייט (שמואל ב יד ,יד)ְ :
בפרט היי יאר ,וואס מיר האבן געהאט דעם ערשטן טאג דעם שבת
קודש ,וואס דאס איז דער 'מקור הרחמים' ,דער 'מקור הדעת'
און דער כח פון 'שבת בו תשוב' .און דער דברי חיים זאגט (ראש השנה
ד"ה בפסוק תקעוט) אז דער שבת פועל'ט אלץ וואס דער שופר וואלט
גע'פועל'ט! פונקט ווי דער שופר איז מעורר רחמים און דערמאנט
דעם זכות אבות – אזוי אויך ,טוט דער שבת קודש די אלע פעולות!
נו ,פארשטייט זיך אליינס ,אז אויב דער שבת פועל'ט פאר אונז,
ווערט דאך עס געטון אויף א שלימות'דיגן אופן ווי עס פאסט פארן
שבת קודש.
דאס קען זיין פשט אין מדרש" :בזכות שני דברים ישראל מתחטאין
לפני המקום בזכות שבת ובזכות מעשרות" .מען האט דאך
געברענגט פון נועם אלימלך ,אז 'מעשר' גייט ארויף אויף 'יראה' און
'תשובה' ,ממילא זאגט דער מדרש ,אז דער כח פון אידן וויאזוי זיי
קענען זיך רייניגן פארן אייבערשטן ,איז דורכן כח פון שבת קודש –
זכ
וזל"ק" :דהנה בשבת אין תוקעין ,ונראה לי דאף על פי כן מתוקן ממילא כמו ט
בתקיעה ממש .דהנה מבואר בגמרא (שבת י"ב ).דבמבקר החולה אומרים,
יכולה היא שתרחם ,והיינו שבכח קדושת השבת בא הרפואה בלא צעקה
ותפלה ,כמפורש שם בפירוש רש"י ז"ל ,וכמו כן גבי תקיעות דהוא לעורר רחמים
מלמעלה ,ושבת קודש מקור הרחמים וממילא בא הרחמים לכל ישראל".
אמרי מנחם /ראש השנה
וואס דער ערשטער טאג ראש השנה איז אויסגעפאלן דערין ,און
דורכן 'כח הרבים' פון 'מעשרות' ,דאס הייסט ,דער גאנצער ציבור
צוזאמען טוט תשובה אינאיינעם ,דורך די צוויי זכותים ,רייניגן זיך
אידן פארן אייבערשטן ,און מען באקומט א ריין הארץ.
אז מען שטייט אין אזא צייט ,דארפן זיך אלע מחזק זיין אינאיינעם.
אבער די שאלה פרעגט זיך :מיט וואס קען מען זיך מחזק זיין?
אונז האבן דאך גארנישט? אין בנו תורה ולא מעשים טובים ,מיט
וואס קען מען זיך מחזק זיין און קומען פארן אייבערשטן?
דער תירוץ איז :טאקע מיט דעם צובראכנקייט גופא! ווי דער
קדושת לוי טייטשט (דרושים ר"הי)" :באין מליץ יושר" – אויב א איד
ווייסט אז ער איז 'אין' ,ער האט גארנישט ,דאס אליינס איז א 'מליץ
יושר' פאר אים! און אויף א צווייטן פלאץאי טייטשט ער אויס די
וזל"ק" :באין מליץ יושר כו' .דעיקר הוא דאדם אף על פי שחטא רק כיון שיודע י
שחטא ומבקש מלפניו יתברך שימחול לו ומכיר בשפלותו זה הוא גופא למליץ
יושר לפניו .וזהו באין ,במדה שאדם מחזיק עצמו לאין ,זה גופא מליץ יושר".
וזל"ק" :בגמרא (ר"ה יז ).ורב חסד כו' חד אמר נושא וחד אמר כובש ועיין ברש"י אי
כובש הזכיות .ויש בכאן דקדוק הלא בכתוב נאמר יכבוש עונותינו .ויבואר ,כי
ענין השם יתברך ברוב חסדו דרכו להיטיב כשבא לפני כסא הכבוד חס ושלום
עונותיהן של ישראל הוא מלמד זכות על ישראל עם קדושו .ובשני בחינות.
הבחינה האחת ,שאומר הם אינם חייבים על עונותיהן כלל וכלל ,כי בידי הכח
והגבורה ובידי למנוע אותם מלעשות שום דבר נגד רצוני ואני כביכול בעצמי
גורם לעונותיהן כהא דכתיב (מיכה ד,ו) ואשר הרעותי ,ונמצא לפי זה מגדיל
העונות והם עולים למעלה .וזה חד אמר נושא כו' ,הרמז שנושא העון למעלה
לעצמו שנאמר נושא עון .ויש עוד בחינה שהקדוש ברוך הוא מלמד זכות על
ישראל על עונותיהם ,דהיינו שאומר מחמת שהם למטה ואינם רואין את כבודי
על ידי זה הם חוטאים ,כי אלו היו רואין למעלה את כבודי לא היו חוטאים כלל.
וזהו יכבוש עונותינו למטה מחמת שהם למטה הם חוטאים והזכיות הם גוברים
על ישראל .ובזה יבואר פירש"י וגם בזה יבואר הפסוק (שם ז,יח) מי אל כמוך
נושא עון ועובר על פשע ,ויבואר על פי משל ,כי אם אדם רואה לאדם אחד שאין חכ
לו עמו שום שייכות שעושה דבר שטות אזי אינו מוכיחו כלל וכשאדם רואה שבנו
חס ושלום עושה דבר שטות אז מגדיל השטות בעיניו ומוכיחו על פניו שלא
לעשות עוד ומדריכו בדרך הישר ומגדיל השטות שלא לעשות עוד ואף על פי
כן ימחול לו על אותו עון ונמצא זה שמגדיל השטות בעיניו ומוכיחו זה מורה על
אהבת אב על הבן ,כי זה שמוכיחו מחמת שאוהב אותו ומגדיל להשטות בכדי
שלא יעשה עוד ומוחל לו .וזהו פירוש הפסוק מי אל כמוך נושא עון ,כלומר
שמגדיל העון בכדי שלא לעשות עוד ,כי מלת נושא לשון מגדיל ואף על פי כן
אמרי מנחם /ראש השנה
מחלוקת אין די גמרא (ר"ה יז ,).וואס איינער זאגט 'נושא עון' ,אז דער
אייבערשטער הייבט אויף די עבירה פונעם וואגשאל ,כדי די מצוות
זאלן אראפוועגן ,און איינער זאגט 'כובש' ,אז דער אייבערשטער
שטופט אראפ דעם 'כף זכיות' ,אז די מצוות זאלן אראפוועגן .איז
דער קדושת לוי מסביר ,אז 'נושא' מיינט ,אז ווען דער אייבערשטער
זעט ווי אידן האבן חרטה און טוען תשובה ,נעמט דער אייבערשטער
די עבירה און הייבט עס אויף צו זיך ,און ער זאגט" :איך בין שולדיג
אין דעם וואס זיי האבן געזינדיגט! איך וואלט געקענט מאכן אז זיי
זאלן נישט דורכפאלן ,און דאס איז אלעס מיין חטא כביכול" .ווידער
איז פארהאן א בחינה ,וואס אידן זענען אזוי בשפלות ,זיי זענען אזוי
צובראכן ,זיי זענען אזוי צולאמיעט פון די 'תאוות וטרדות הזמן' אז
זיי האבן אפילו נישט די כוחות תשובה צו טון ווי עס דארף צו זיין,
דעמאלט איז דער אייבערשטער 'כובש' דעם עון ,ער שטופט עס
אראפ ,דאס הייסט ,דער אייבערשטער זאגט" :אודאי זינדיגן זיי ,זיי
זענען דאך אין אזא נידריגע וועלט! קוק ווי נידריג זיי זענען נעבעך,
נו ,וואס זענען זיי שולדיג? ווען זיי וואלטן געווען דא אין הימל און
געזען מיין קדושה – וואלטן זיי דאך אודאי נישט געזינדיגט!" .און
דורכדעם זענען זיי זוכה בדין.
די משנה זאגט (סוטה מט" :):בעקבות משיחא חוצפא יסגא וכו' ומלכות
תהפך למינות ואין תוכחת בית וועד יהיה לזנות וכו' פני הדור כפני
הכלב הבן אינו מתבייש מאביו ועל מה יש לנו להשען על אבינו
שבשמים" .איז דאך לכאורה שווער ,וואס איז דער חידוש פונעם
אויספיר 'על מי לנו להשען' ,אודאי אויב דער דור איז אזוי נידריג און
מקולקל ,קען מען זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם אויסער אויפן
אייבערשטן אליינס?
נאר דער תירוץ איז :דער חשכות און הסתר פנים פון עקבתא
דמשיחא וועט זיין אזוי שטארק ,אז דאס וועט משפיע זיין אויף
טכ
אידישע קינדער אז עס וועט זיי זיין זייער שווער זיך צאמצונעמען די
כוחות פון בטחון! מען וועט חלילה מיינען אז מען האט נישט קיין
תקוה און מען וועט מיינען אז מען איז שוין לאחר יאוש רח"ל! מען
עובר על פשע מוחל לו העון שעשה".
אמרי מנחם /ראש השנה
וועט מיינען אז מען איז שוין אין א מצב וואס מען האט שוין פארלוירן
די בחירה רח"ל! דערפאר זאגט די משנה ,אפילו אין אזא מצב זאלסטו
וויסן אז דו מעגסט זיך נאכאלץ פארלאזן אויפן טאטן אין הימל! און
אויב דו שפירסט זיך דערווייטערט פון אים ,זאלסטו שרייען" :טאטע
אין הימל העלף ,רחם על ישראל עמך ועל ירושלים עירך ועל ציון
משכן כבודך!".
דאס איז דער ענין פון תקיעת שופר ,וואס דאס איז אן ענין פון
הכנעה און שברון לב; ווי מען זאגט ביים דאווענען (שחרית ברכת
ׁ ֹ
"ב ּשו ָפר ֲא ַפ ּ ֶת ּנ ּו ּו ְב ֶב ֶר ְך ְּכ ִר ָ
יעה" ,מען גייט צו מיט א צובראכנקייט, אבות)ּ ַ :
אינעם היינטיגן דור ווייסן מיר נישט די אלע הויכע כוונות ,נאר איין
זאך "רחמנא אמר תקעו" ,מען וויל מקיים זיין די מצוה כתיקונה ,מיר
וואלטן געוואלט אז אונזער שופר זאל זיין לנחת רוח פארן
אייבערשטן! אונזערע תקיעות זאל זיך דערהערן אין הימל ,און עס
זאל אונז מעורר זיין פונעם שלאף .און דאס אלעס איז נאר דורכן
צובראכנקייט וואס א איד שרייט צום אייבערשטן" :אין לנו להשען
אלא על אבינו שבשמים" ,מיר האבן נישט קיין שום אייגענע כוחות,
מען קען אזוי ווייניג צושטעלן ,אבער מיר האבן אמונה און בטחון אז
דו קענסט אונז העלפן!" .און אמונה האט דאך נישט קיין שיעור ,ווי
ווייט מען קען גיין דערמיט.
ֹ ׁ
"א ְש ֵרי ָה ָעם י ְד ֵעי ְתר ּו ָעה" – וואויל איז דאסדאס זאגט דער פסוקַ :
פאלק וואס ווייסט וויאזוי מען גייט צו צום תרועה ,זיי גייען צו
מיט אזא צובראכנקייט ,זיי ווייסן אז זיי קענען גארנישט אליינס ,נאר
ֹ
אור ּ ָפנֶ ָ
יך יְ ַה ֵ ּלכ ּון" – נאר דיין אור קען זיי העלפן! מיר איין זאך "ה' ְ ּב
האבן נישט אויף קיינעם זיך צו פארלאזן! נאר דו קענסט אונז! נאר
דו ווייסט אונזער הארץ!
דאס זאגט דער מדרש" :וכי אומות העולם אינם יודעים להריע" – די
אומות העולם קענען דאך אויך צושטעלן א תקיעת שופר? ל
"אלא אשרי העם שיודעין לפתות את בוראם בתרועה" – די גוים האבן
נישט דעם צובראכנקייט ,זיי האלטן אז זיי האבן אייגענע זכותים און
כוחות ,בלויז אידישע קינדער האבן דעם צובראכנקייט וואס זיי
שפירן זיך ווי א 'חרס הנשבר'' ,מן המצר' פון ענגשאפט מיט א 'ברך
כריעה' ,און דורכדעם זענען זיי מפתה דעם אייבערשטן; ווי מען
אמרי מנחם /ראש השנה
האט געברענגט פון קדושת לוי ,אז דאס איז דער גרעסטער מליץ
יושר פאר אידישע קינדער .ממילא לאמיר אלע שרייען און זיך בעטן
י-ה ָענָ נִ י ַב ֶּמ ְר ָחב ּ
י-ה". "מן ַה ֵּמ ַצר ָק ָר ִ
אתי ּ ביים בורא כל עולמיםִ :
4
ַא ׁ ְש ֵרי ָה ָעם י ְֹד ֵעי ְתרו ָּעה ה' ְּבאוֹר ּ ָפנֶ ָיך יְ ַה ֵּלכוּן.
א) דער מדרש זאגט (ויק"ר כט ,ד)" :וכי אין אומות העולם יודעים להריע
וכו' אלא שהן מכירין לפתות את בוראן בתרועה והוא עומד
מכסא הדין לכסא רחמים ומתמלא עליהם רחמים והופך להם מדת
הדין למדת רחמים" – דער ענין פון 'יודעי תרועה' מיינט ,אז אידן
ווייסן וויאזוי מפתה צו זיין דעם אייבערשטן מיט דער תרועה.
לכאורה ,וואס איז טאקע דער ידיעה וואס אידן ווייסן און די אומות
העולם ווייסן דאס נישט?
ֹ
אור ּ ָפנֶ ָ
יך יְ ַה ֵ ּלכ ּון" – זיי זאלן ווערן ב) דער פסוק פירט אויס" :ה' ְ ּב
באלאכטן מיט דעם אור פון דיין פנים כביכול .פארוואס
דערמאנט ער דא דעם 'שם' ,כאילו ערשט יעצט הייבט ער ָאן צו
רעדן צום אייבערשטן ,ער רעדט דאך א גאנצן צייט צום אייבערשטן?
אויך איז שווער דער אויסשטעל ,אז ער זאגט דעם שם איידער 'באור
פניך' ,געווענליך טרעפט מען אלעמאל פארקערט ,ווי מען זאגט
ביים דאווענען" :באור פניך נתת לנו ה' אלקינו" ,און אזוי זאגט מען
אויך" :אור פניך עלינו אדון נשא" .און פארוואס דא זאגט מען קודם
דעם שם – איידער מען בעט אויפן אור פנים?
ג) די גמרא זאגט (ר"ה יז" :).אהבתי כי ישמע ה' קול תחנוני ,אמרה
אל
כנסת ישראל לפני הקדוש ברוך הוא ,רבונו של עולם ,אימתי
אני אהובה לפניך בזמן שאתה שומע קול תחנוני" – כנסת ישראל
זאגט ,ווען בין איך באליבט ביים אייבערשטן ,בשעת ווען ער הערט
זיך איין צו מיין געבעט .לכאורה ,מילא צו זאגן אז דאס וואס דער
אייבערשטער הערט אונז אויס ,קומט פון דעם וואס ער האט אונז
אמרי מנחם /ראש השנה
ליב – פארשטייט מען ,אבער וואס איז פשט אין דעם וואס דער
מדרש זאגט ,אז 'דורכדעם' וואס ער הערט אונז אויס – האט ער אונז
ליב? אויך איז שווער דער כפל הלשון 'קול תחנוני' ,ער וואלט געקענט
זאגן בלויז 'קולי' אדער בלויב 'תחנוני'?
ד) ווייטער זאגט דארט די גמרא" :דלותי ולי יהושיע .אף על פי שדלה
אני מן המצות לי נאה להושיע" – כאטש איך בין ארים פון
מצוות ,דאך איז שיין מיר צו העלפן .וואס איז דער פשט ,פארוואס
טאקע איז שיין אונז צו העלפן אויב מיר זענען ארים פון מצוות?
ה) אויף דעם פסוק שטייט אין מדרש (מדרש תהלים קטז)" :אהבתי כי
ישמע ה' .אמרה כנסת ישראל ,אוהבת אני אותך ,לפיכך,
אהבתי כי ישמע ה'" – כנסת ישראל זאגט פארן אייבערשטן ,איך
האב דיר ליב ,און דערפאר האב איך ליב ווען דו הערסט מיך אויס.
לכאורה ,ווען איינער איז מתפלל אויף א ישועה און ער ווערט
געהאלפן ,האט ער דאך בעיקר ליב דאס וואס ער האט באקומען זיין
משאלות לבו ,און דאס האט דאך נישט צוטון מיטן ענין פון אהבת
ה'?
וואס איז דער באדייט פון 'חולה מעים' און 'חולה ראש'?
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .דער בני יששכר (תשרי ג ,יאבי) ברענגט צו
א מדרש תהלים (מזמור ט) ,וואס דארט שטייט דער לשון" :השבעתי
וזל"ק" :במדרש תהלים [מזמור טו] השבעתי אתכם בנות ירושלים וכו' אם בי
תמצאו את דודי מה תגידו לו שחולת אהבה אני [שה"ש ה ח] אני איני חולי
מעים ולא חולי ראש וממה אני חולה מאהבתו ,עכ"ל ,הנה הרב הגדול מהר"ש
אלגזי ז"ל בספרו אהבת עולם דקדק על דבריהם ז"ל ,למה אמרו אני איני לא
חולי מעים וכו' ,הרי באמור שחולת אהבה אני שולל כל מיני חלאים ,ומפרש הוא
ז"ל דהנה כל דברי שיר השירים הם כדברי חושק על חשוקתו ודברי החשוקה
על החושק ,והנה בכאן דברי החשוקה בחליה והחשוק הרחיק ממנה נדוד ,והנה
יש אתנו להלכה אין מבקרין לא לחולי מעיים ולא לחולי ראש [נדרים מא,]. בל
והנה אומרת החשוקה בחליה ,אם תמצאו את דודי לא תגידו לו רק חולת אהבה
אני ,ועי"ז יבא לבקרני ולא יהיה חושש שאני מן חולי מעיים או חולי ראש (שאין
לבקרם) ,והנמשל ,מה שאני מבקש שיבא דודי אלי ,אין כונתי במבוקשי מחמת
שאני חולה חולי מעיים ,היינו למלא נפשי כי ארעב בגודל הדחקות ועניות של
ישראל כי האומות מפשיטים עורם מעליהם ,הגם כי באמת אני חולה גם על זה,
אין מבוקשי בביאת דודי עבור זה היינו שיבא ויבשרני בכסף וזהב ואדרכמונים,
וכן אין מבוקשי עבור חולי ראש היינו מה שאני צריך להיות כפוף ראש לפני
אמרי מנחם /ראש השנה
אתכם בנות ירושלים .חולת אהבה ,חולי שאינה של מעים ולא של
האומות ומעבידין אותי בעבודת פרך בגזירות קשות עד שראשי כבד עלי וגודל
בזיוני בהעדר כבודי בל ארום ראשי ,והנה באמת אני חולה גם על זה ,אבל לא
בעבור זה אבקש שיבא אלי דודי להרים ראשי בכבוד ,רק עיקר מבוקשי עבור
אהבתו ,כי דודי נסע ונגלה מני ואני מתגעגע על אהבתו וזהו עיקר החולה ,כי
אם תאמרו לדודי שאני חולי מעיים היינו העדר פרנסה או חולי ראש היינו העדר
כבוד ,הנה לא ירצה לבא לבקרני כענין ההלכה אין מבקרין וכו' ,ע"כ תוכן דבריו:
והנה לפי"ז ,דברי הכנסיה הקדושה (או כנסת ישראל בעד בניה) הוא כך ,הגם
שזהו דבר שאינו נרצה כ"כ בבקשתינו לצורך עצמנו ,וכענין שאמרו בתקו"ז [כ"ב
ע"א] כל חסד דעבדין לגרמייהו עבדין צווחין וכו' הב לנא חיי הב לנא מזונא וכו'
ולית דגומל חסד עם שכינתא וכו' ,הנה לפי הדברים הנ"ל מתרצת זאת כנסת
ישראל בדבריה ואומרת ,הן אמת שאני בתפלתי הנני צועקת על החולאים הללו
הנ"ל ,היינו חולי מעיים (העדר פרנסה) וחולי ראש (העדר הכבוד) ,אבל זאת היה
לי מחולת אהבה ,להיות דודי נסע מני זה כמה וארכו הימים ,דהנה כשיארע ח"ו
לאדם חולי הלב מחמת גודל הגעגועים שהלב חושק ומתגעגע הנה כשיתמשך
הדבר ימים רבים הנה יומשך מזה חלאים רבים להיות הלב עיקר נשמת החיים,
על כן כשיארע חולי בלב ,כשיתמשך הדבר יומשך מזה חלאים רבים ח"ו לראש
ולמעיים ,הנה כשיבא ח"ו לידי כך הנה מתבלבל בדעתו ושוב לא ידע מחולאת
העיקרית ,והנה הוא צועק על כאב הענפים ראש והמעיים כי כבר נתבלבל דעתו
ושכח העיקר ואינו מבחין ,והרופא החכם המשכיל על דבר יראה ויבחין מהיכן
באו החולאים הזרים הללו ויראה ויבין שורש הדבר שהוא חולי הלב בעצבון
מחמת חשוקה וגעגועים ,הנה יראה הרופא לשמח את לבו ולהסיר הגעגועים,
להראות לו דבר שהוא מתגעגע עליו וכיוצא ,וממילא יתרפא מחולאים הזרים.
והנה דרשת חז"ל לפי זה היא מוכרחת מן הפסוק ,שהרי לא נאמר אם תמצאו
את דודי תגידו לו שחולת וכו' ,רק נאמר מה תגידו לו ,דמשמע תראו ותזהרו
בדבריכם מה תגידו לו ומה שלא תגידו ,על כן דרשו כנ"ל לפי פירוש הרב הנ"ל
וכפי פירושינו ,דהגם שבאמת אני צועק על חולי מעיים ועל חולי ראש כנ"ל ,אבל
זה הכל בא לי מהגעגועים שבלב חולת אהבה ,מזה נתמשכו ג"כ חלאים זרים,
וכיון שנתארך הזמן בחולאים הללו שוב לא אדע בין ימין לשמאל על כן אני צועק
רק על חולאים הללו הזרים החיצונים ,על כן אתם בנות ירושלים אל תקטרגו
לומר לדודי כל חסד דעבדין לגרמייהו הוא דעבדין דהרי צועקים על חולי מעיים
(עושר) ועל חולי ראש (כבוד) ,כי כל זה בא לי מחולת אהבה וחולי הלב מדאגת
הגעגועין.
והנה בדורות הקודמים שלא היו רחוקים כל כך מזכרון גדולת ישראל ומנבואה
גל ומבית המקדש והיו זוכרין עדיין עיקרן של דברים ולא היו מתפללים כ"כ על
צורכי הגוף רק על עיקר הענין להתגדל כבוד הש"י וממילא יתוקנו הענפים,
אבל אנחנו כיון שנתרחקנו כ"כ וארכו עלינו ימי חולי הגלות הכבד הזה ובשאון
המלכות הצללנו ,ושוב אין אנו זוכרין חולי הלב (כי נתבלבל דעתנו קטנות
הדעת) להתגעגע על י"י ותורתו ובית קדשנו ותפארתנו ,ואנחנו צועקים הב
לנא חיי ומזוני ,אבל אלו החולאים באו לנו מעיקר החולאת ,כי אלו היה אור פניו
ית"ש מאיר אלינו היה ממילא רפואה לכל החולאים ,כי הוא חלקנו צור לבבנו,
כי אנחנו בניו עמוסים מני בטן ,כאשר יאיר פניו אלינו ,לאורו ניסע ונלך וממילא
אמרי מנחם /ראש השנה
ראש .ממה אני חולה ,מאהבתו .הוי( ,שם ב ,ה) כי חולת אהבה אני" –
איך בין נישט קראנק אויפן מאגן און אויך נישט אויף קאפ ווייטאג,
נאר בלויז אויף אהבה .ברענגט ער צו פונעם מהר"ש אלגאזי ,וואס
ער שטעלט זיך אויף דעם מדרש ,פארוואס זאגט ער דעם חלק פון
נישט 'חולה מעים' און נישט 'חולה ראש' ,אז ער זאגט שוין 'חולת
אהבה' ווייסט מען דאך שוין פון וואס ער איז קראנק?
דו קענסט אונז קומען מבקר חולה זיין ווייל מיר זענען נישט קיין 'חולה מעים' און 'חולה ראש'
נאר זאגט דער מהר"ש אלגאזי א פשט .די גמרא זאגט (נדרים מא:).
"אין מבקרין לא חולי מעיים ולא חולי העין ולא מחושי הראש"
– מען טאר נישט מבקר חולה זיין אזא איינעם וואס ליידט אויפן
מאגן און אויף קאפ שמערצן; ווי די גמרא זאגט דארט דעם טעם אז
דאס וועט שטערן פארן חולה .דערפאר זאגט כנסת ישראל בדרך
משל :ווען עטץ וועט טרעפן דעם אייבערשטן ,זאלט עטץ אים נישט
זאגן אז איך בין קראנק אויף די בני מעים אדער אויף קאפ שמערצן,
ווייל דעמאלט וועט ער דאך נישט וועלן קומען מיר מבקר חולה זיין,
ווי די הלכה איז .דערפאר זאלט עטץ אים בלויז זאגן אז איך בין
קראנק אויף אהבה ,און דעמאלט וועט ער אודאי קומען מיך מבקר
חולה זיין.
מיר בעטן נישט פאר אונזער וועגן נאר בלויז פארן כבוד שמים
און דער נמשל איז – זאגט דער מהר"ש אלגאזי :כנסת ישראל זאגט,
דאס וואס איך בין מתפלל און איך בעט דעם אייבערשטן אויף
די גאולה ,דאס איז נישט צוליב 'חולי מעים' – דאס מיינט 'פרנסה',
און דאס איז נישט צוליב 'מיחושי הראש' – דאס מיינט אונזער
אייגענע כבוד וועלכע איז היינט אזוי מושפל ביי די גוים און מיר
דרייען זיך ארום מיט געבויגענע קעפ פון גרויס בזיון .נישט צוליב
דעם שרייען אידישע קינדער אז דער 'דודי' זאל שוין קומען צו מיר,
נאר דער עיקר געשריי איז בלויז ווייל איך האב אים ליב! די שכינה דל
הק' איז שוין אזוי לאנג אוועק פון אונז! אידן זענען אין גלות שוין
יהיה לנו כל טוב סלה ,וכמו שאמר המשורר כן בקודש חזיתיך לראות עוזך
וכבודך ,כי טוב חסדך וכו' ,כן אברכך בחיי וכו' ,כמו חלב ודשן תשבע נפשי וכו'
[תהלים סג ג].
אמרי מנחם /ראש השנה
אזוי לאנג! און אידן זענען מגעגע ,זיי בענקען זיך מיט א 'חולת אהבה'
צו די שכינה הק' ,און פון דעם נעמט זיך דער עיקר בקשה .אזוי
טייטשט דער מהר"ש אלגאזי.
אפילו ווען מען בעט אויף פרנסה – מיינט מען אויך נאר דעם אייבערשטן
קומט דער הייליגער בני יששכר ,דער גרויסער אוהבן של ישראל,
און לייגט צו אויף דעם א מורא'דיגן לימוד זכות אויף אונזערע
דורות – וואס ליידער זענען מיר נישט אויף דער מדרגה פונעם
מהר"ש אלגאזי ,און אונז בעטן נעבעך יא אויף פרנסה און אויף כבוד,
אז מיר זאלן נישט מער ליידן אזעלכע בזיונות פון די גוים וכדומה.
זאגט דער בני יששכר אזוי פשט" :חולי שאינה של מעים ולא של
ראש" – אונזער חולאת האט זיך נישט 'אנגעהויבן' פונעם 'מעים' און
'ראש' ,ווייל אודאי זענען מיר טאקע מתפלל אויף בני חיי ומזוני,
אבער דאס איז נישט דער שורש פון וואו עס האט זיך אנגעהויבן,
נאר "ממה אני חולה ,מאהבתו" – אלעס האט זיך אנגעהויבן פון די
געגועים און אהבה צום אייבערשטן.
געגועים וואס ווערן נישט ערפילט מאכן קראנק דעם גאנצן מענטש
דער בני יששכר איז דאס מסביר מיט א משל :אמאל איז פארהאן א
מענטש וואס ער האט שטארקע געגועים צו א געוויסע זאך ,און
וויבאלד עס גייט דורך א לאנגע צייט און זיינע געגועים ווערן נישט
נתמלא – ווערט ער קראנק דערפון ,ווייל דער עיקר געזונט פונעם
מענטש איז תלוי אינעם הארץ ,און ווען דאס הארץ איז אזוי לאנג
פארבענקט אויף אזא שטארקן אופן – ווערט דאס הארץ נישט
ׁ ֹ
"תו ֶח ֶלת ְמ ֻמ ּ ָש ָכה ַמ ֲח ָלה ֵלב",געזונט; ווי דער פסוק זאגט (משלי יג ,יב)ּ :
און פון די הארץ צושפרייטן זיך פארשידענע קרענק צו אלע אברים,
די קאפ הייבט אים ָאן וויי טון ,דער מאגן ווערט אים פארדארבן
וכדומה .און יעצט ווען ער איז שוין קראנק אויף אלע אברים –
הל געדענקט ער שוין נישט דעם עיקר און שורש פון וואו אלעס נעמט
זיך ,אז ער איז פשוט קראנק אויפן הארץ פון די גרויסע געגועים ,נאר
ער מיינט אז דער פראבלעם איז אינעם קאפ אדער אינעם מאגן .און
ער גייט צום דאקטער זאל אים אויסהיילן די קאפ און מאגן .אבער
דער דאקטער איז א 'רופא חכם' ,און ער פארשטייט אז דער קאפ און
מאגן זענען נישט 'בעצם' קראנק ,נאר אלעס נעמט זיך פון די
אמרי מנחם /ראש השנה
מורא'דיגע געגועים וואס ברענען אין זיין הארץ ,דערפאר גיבט ער
אים דעם 'דבר הנחשק' ,די זאך צו וואס ער איז זיך מתגעגע ,ממילא
ווערט זיין הארץ דערפרייט און אויסגעהיילט ,און פון זיך אליינס
גייען שוין אוועק אלע אנדערע קרענק וועלכע האבן זיך גענומען פון
אט דעם מחלת לב.
מיר האבן שוין פארגעסן וואס אונזער עיקר מבוקש איז – למען כבוד שמו ית'
דער נמשל – זאגט דער בני יששכר :דער תיקוני זוהר רעדט זיך
זייער אפ ,אויף די וועלכע האבן נאר אינזין 'זיך' ,אלץ וואס זיי
זענען מתפלל – בעטן זיי נאר פאר זייערע אייגענע צרכים ,זיי שרייען
'הב הב'' ,הב לנא מזונא הב לנא חיי' ,און קיינער פון זיי איז נישט
גומל חסד מיט די שכינה ,מתפלל צו זיין אויף גלות השכינה .אבער
באמת – זאגט דער בני יששכר – דאס אליינס ,דער מחלה פון בעטן
פאר 'זיך' – דאס נעמט זיך אויך פון אט דעם עיקר מחלה ,וואס די
שכינה איז שוין אזויפיל יארן אוועקגעגאגען פון אונז! וואס צוליב
דעם פארגעסן מיר דעם עיקר! ווייל די דורות הקודמים וועלכע
זענען געווען נענטער צו די צייטן ווען עס איז נאך געווען נבואה און
א בית המקדש – האבן נאך געהאט כח אויסצוהאלטן די געגועים ,זיי
זענען נאכנישט קראנק געווארן דערפון ,און ממילא האבן זיי נאך
געדענקט וואס זיי ווילן און בענקען ,זיי האבן מתפלל געווען בלויז
אויף 'כבוד שמים' ,און אלע גשמיות'דיגע צרכים איז שוין ממילא
נשפע געווארן .אבער היינט וואס מיר זענען שוין אזוי ווייט
פארזונקען אינעם גלות ,מיר זענען שוין אזוי לאנג פארבענקט מיט
אזעלכע געגועים צום אייבערשטן – זענען מיר שוין אין אזא מין
מצב ,מען איז שוין אזוי מבולבל געווארן פון די געגועים פון אזויפיל
יארן ,אז מען ווייסט שוין נישט וואס מען וויל באמת! מען האט שוין
נישט דעם געזונטן הארץ מתגעגע צו זיין אויף כבוד שמים וואס איז
אזוי נידריג ,אויף תורה און אויפן בית המקדש ,נו ,אודאי שרייען מיר
ול
אויף 'בני חיי ומזוני'! ווייל מען ווייסט שוין נישט פון וואנעט עס
נעמט זיך אפילו דער חולאת פון 'הב הב' ,מען שרייט אויף פרנסה
און אויף געזונט ,אבער מען פארשטייט נישט אז אונטער דעם ליגט
דער אמת'ער געשריי ,וואס דאס הארץ איז שוין אזוי לאנג פארבענקט
צום אייבערשטן ,אז עס איז שוין 'חולת אהבה'.
אמרי מנחם /ראש השנה
די המתקה אויף די מקטריגים איז 'שחולת אהבה אני' – אלץ קומט פון חולת אהבה
ווען עס קומט ראש השנה ,איז דא די מקטריגים למעלה ,וואס זיי
זענען מקטרג אויפן כלל ישראל און זיי טענה'ן ,אז קיינער
מיינט נישט דעם אייבערשטן ,יעדער מיינט נאר 'זיך' ,און ממילא
קומט זיך זיי נישט קיין ישועה .אויף דעם זאגט כנסת ישראל:
"השבעתי אתכם בנות ירושלים .חולת אהבה ,חולי שאינה של מעים
ולא של ראש .ממה אני חולה ,מאהבתו" – עטץ מקטרגים וואס רופן
זיך 'בנות ירושלים'; ווי רש"י זאגט דארט ,אז דאס מיינט די אומות
העולם ,עטץ זאלט וויסן אז אינ'אמת'ן בין איך נישט בעצם קראנק
אויף 'הב הב' ,נאר איך בין קראנק אויף איין זאך ,אויף 'חולת אהבה'!
'מה תגידו לו' – וואס זאלט עטץ זאגן אויף מיר ביים יום הדין?
'שחולת אהבה אני' – אז מיין קרענק האט זיך אנגעהויבן פון די
געגועים צום אייבערשטן שוין אזוי לאנג! עטץ זאלט נישט מקטרג
זיין אויף מיר און זאגן אז איך בין קראנק אויף 'מעים' און 'ראש' –
וואס דאס מיינט די גשמיות'דיגע ענינים – נאר בלויז אויף 'חולת
אהבה'! ווייל אודאי שרייען מיר 'הב חיי ,הב מזוני' ,ווייל דאס קומט
פון געגועים וואס מיר האבן צו די שכינה ,נאר וויבאלד עס נעמט
שוין אזוי לאנג – האט דאס ליידער אנגעארבעט אנדערע רצוניות'ן
צו וועלן אנדערע זאכן! ווייל באמת ,אידישע הערצער זענען אזוי
צובראכן ,פון אזויפיל חשיקה און געגועים וואס אידן האפן שוין אזוי
לאנג! און ווען דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אונז ,און
ער וועט אונז געבן אביסל פון זיין ליכטיגקייט און נאנטקייט ,ער
וועט אפשטילן און דערקוויקן אונזערע געגועים – וועלן מיר שוין
ממילא געזונט ווערן אויך אויף דער מחלה פון שרייען 'הב הב'.
די צדיקים פארשטייען וואס דאס צובראכנקייט פון א איד איז
ֹ ׁ
"א ְש ֵרי ָה ָעם י ְד ֵעי ְתר ּו ָעה" –מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוקַ :
'תרועה' איז א לשון פון צובראכנקייט; ווי עס שטייט (תהלים ב,
זל ׁ ֹ
"תר ֵעם ְ ּב ֵש ֶבט ַ ּב ְרזֶ ל"' .אשרי העם' – וואויל איז דער דור וואס זיי
ט)ְ ּ :
האבן אזעלכע צדיקים וואס זענען דער בחינה פון א 'רופא חכם',
וואס זיי זענען 'יודעי תרועה' ,זיי ווייסן אז דער גאנצער צובראכן
הארץ וואס אידן האבן ,איבער זייערע גשמיות'דיגע צרכים ,דאס
אלעס נעמט זיך נאר פונעם רוחניות'דיגן צרה וואס זיי האבן נישט
אמרי מנחם /ראש השנה
קיין בית המקדש און זיי זענען אזוי ווייט פון זייער 'נחשק' .קען זיין,
אז דער 'שם' וואס דער פסוק זאגט דא – גייט אויך אויף ארויף' :יודעי
תרועה ה' ,אז דער 'תרועה' זייערער ,דאס צובראכנקייט זייערע ,איז
צוליב דעם אייבערשטן צו וועמען זיי בענקען זיך .און דעמאלט ווען
עס זענען געווען אזעלכע צדיקים אין דער בחינה פון 'יודעי תרועה',
האבן זיי ביי תקיעת שופר אריינגעשיינט אינעם דור די דאזיגע
'ידיעה' ,צו וויסן כאטשיג וואס אונזער תכלית פון דעם היינטיגן טאג
איז .אז מיר זאלן וויסן אז מיר דארפן בעטן נאר פאר כבוד שמים.
וויאזוי האט אויסגעזען תקיעת שופר ביי צדיקי אמת
מען דערמאנט זיך וואס האט זיך אפגעטון אין די פריערדיגע דורות
ביי תקיעת שופר ,מען האט געהערט פארציילן פונעם
פריערדיגן דור און מען זעט אין די ספרים הקדושים ,וויאזוי מען איז
געשטאנען ראש השנה ביי אזעלכע גרויסע אידן ,וואס האבן
אפגעפירט א גאנץ יאר מיט א קדושה וטהרה ,מיט א מסירות נפש
צום אייבערשטן און מיט א דביקות אין תורה און מעשים טובים ,און
זיי האבן אריינגעגעבן די 'דברי געגועים' אינעם עולם ,אז מען האט
ממש געפילט די קדושה; ווי דער נועם אלימלך זאגט (מצורע ד"ה א"י
זאת תהיהגי)" :כי היצר הרע אין בו כח לשלוט שם במקום הצדיקים",
ווייל די קדושה איז דארט אזוי גרויס ,אז דארט שפירט זיך אן
אנדערע לופט .דער נועם אלימלך רעדט בכלליות ,אבער דאס איז
נוגע נאכמער ווען עס איז געקומען צו גיין אזא זמן ווי תקיעת שופר,
און מען איז זיך צוזאמגעקומען און געהערט דברי קדשם וואס איז
ארויסגעקומען פון א לב טהור ,פון אזא אמת'דיג הארץ וואס איז אין
לשער – האבן זיי מיט דעם אויפגעהויבן דאס כלל ישראל צו אזא
'מעלה רמה' ,אז קיינער האט נישט אינזין געהאט גארנישט נאר כבוד
שמים! זיי האבן אריינגעברענגט אזא אהבת ה' און דביקות בה' ,אז
כאטש לפי שעה זענען אלע רצונות גשמיות בטל געווארן! זיי האבן
חל
אריינגעגעבן אזא מין הרהור תשובה ,אז מען איז אינגאנצן
צוגעגאנגען געווארן ,מיט א תשוקה וואס האט נישט קיין שיעור און
נישט קיין ערך! דאס איז געווען די פעולה פון די 'יודעי תרועה' .און
וזל"ק" :תקנתו שילך אצל הצדיקים השלימים ואז בודאי ינצל מהפניות כי היצר גי
הרע אין בו כח לשלוט שם במקום הצדיקים".
אמרי מנחם /ראש השנה
מיט דעם האט מען 'מפתה' געווען דעם אייבערשטן כביכול אז ער
זאל אויפשטיין פונעם 'כסא דין' און זיך זעצן אויפן 'כסא רחמים',
ווייל דער גאנצער דין איז דאך אויף דעם וואס די מקטרגים טענה'ן
אז אידן מיינען נאר 'זיך' ,אבער מיט דעם וואס די 'יודעי תרועה'
ברענגען אריין אין אידן די ידיעה ,צו וויסן אז אלץ נעמט זיך נאר
פונעם חולת אהבה וואס מיר זענען פארבענקט צום אייבערשטן –
דורכדעם איז מען מבטל אלע דינים.
היינט זענען די צדיקים באהאלטן און מען ווייסט נישט וואו זיי זענען
אבער נאכדעם איז דא נעבעך א בחינה ווי היינטיגע דורות ,וואס
ליידער האט מען שוין דאס אויך נישט! מען איז שוין אזוי
ווייט פארזונקען אינעם גלות ,אז מיר האבן שוין נעבעך נישט די
'יודעי תרועה' ,וואס זאלן אונז מגלה זיין דעם אמת! מיר זענען
ליידער געבליבן 'דלים ורקים' ,מען האבן נישט צו וועמען זיך צו
ווענדן ,מיר האבן נישט וואו צו הערן אן אמת'דיג ווארט .וואו ווענדט
מען זיך? וואו קערט מען זיך? ווער זאל אונז דערלייכטן אונזערע
אויגן און אונז געבן אונזערע געגועים? וואס איז די עצה? די עצה איז
ֹ
אור ּ ָפנֶ ָ
יך צו קומען צום אייבערשטן אליינס און זיך בעטן" :ה' ְ ּב
יְ ַה ֵ ּלכ ּון" – רבונו של עולם ,דו ביסט דאך א 'רופא נאמן ורחמן' ,און דו
ווייסט דאך אז ווי נאר דו וועסט אונז אריינשיינען אביסל פון דיין
'אור פניך' ,וועלן מיר ווערן אויסגעהיילט אויף אונזערע געגועים! און
ממילא וועלן מיר האבן שוין אויך האבן א רפואה אויף אלע אונזערע
חסרונות! אמאל זענען מיר געקומען צו צדיקים און זיי געבעטן אז
זיי זאלן אונז מקרב זיין צו דיר ,אבער היינט קומען מיר גלייך צו דיר,
אז דו זאלסט אונז מקרב זיין צו דיר ,ווייל מיר האבן נישט נעבעך קיין
צדיקים!
ולי יהושיע – דו אליינס זאלסט מיר העלפן צו דערמאנען צו מיינען כבוד שמים
טל מיט דעם פארשטייט מען די גמרא" :אהבתי כי ישמע ה' קול תחנוני,
אמרה כנסת ישראל לפני הקדוש ברוך הוא ,רבונו של עולם,
אימתי אני אהובה לפניך בזמן שאתה שומע קול תחנוני" – כנסת
ישראל זאגט ,ווען בין איך באליבט ביים אייבערשטן ,בשעת ווען ער
הערט זיך איין צו מיין 'קול תחנוני' ,דאס הייסט ,ער הערט זיך איין צו
מיין געבעט וואס ליגט טיף באהאלטן אין מיינע דיבורים! ווייל
אמרי מנחם /ראש השנה
דעמאלט זעט דאך דער אייבערשטער ווי שטארק איך בענק זיך צו
אים מיט אזא אהבה ,אז איך האלט עס גארנישט אויס ,און איך בין
שוין געווארן 'חולי מעים' און 'חולי ראש' צוליב דעם גרויסן אהבה
און געגועים וואס איך האב צו אים שוין אזוי לאנג .און דאס איז אויך
דער אויספיר" :דלותי ולי יהושיע אף על פי שדלה אני מן המצות לי
נאה להושיע" – כאטש איך בין אזוי ארים אין אזא שפל המצב ,וואס
איך האב נישט קיין צדיקים וואס זאלן מיך מעורר זיין און אריינגעבן
דעם געפיל צו מיינען בלויז כבוד שמים ,אבער 'ולי יהושיע' ,דו
אליינס דארפסט מיר העלפן ווייל דו ביסט דאך א בוחן לבבות ,און
דו ווייסט אז אלץ וואס מיר בעטן איז בעצם בלויז א בקשה אויף
כבוד שמים און אויף די שכינה הק'.
דער פנימיות פון אלע תפלות איז 'אוהבת אני אותך'
און דאס זאגט די גמרא" :אמרה כנסת ישראל ,אוהבת אני אותך,
לפיכך ,אהבתי כי ישמע ה'" – דאס וואס מיר ווילן אז דער
אייבערשטער זאל מקבל זיין אונזער תפלה ,איז נישט ווייל מיר ווילן
געהאלפן ווערן בגשמיות ,נאר ווייל מיר האבן ליב דעם אייבערשטן!
ווייל דער פנימיות פון אונזער תפלה איז ,וויבאלד מיר האבן ליב
דעם אייבערשטן! אין אלע אונזערע תפלות ליגט באהאלטן די
געגועים צום אייבערשטן! עס ליגט דארט דער 'אוהבת אני אותך'!
וויאזוי קענען מיר נתעורר ווערן לתשובה – ווען מיר האבן נישט ווער עס זאל אונז מעורר זיין?
טייערע אידן ,דער זמן פון תקיעת שופר איז אן ערנסטער 'זמן
תשובה'; ווי עס שטייט אינעם זוהר וואס מען לערנט פאר
"על ָ ּדא ָ ּב ֵעי ְל ַכ ְ ּוונָ א ִל ָ ּבא ּו ְרע ּו ָתא ְ ּב ָהנֵ י ַק ֵליּ ,ו ְל ֶמ ְה ַדר די תקיעות (ח"ג קַ :):
ׂ ֹ
אריהוןְּ .כ ֵדין ַּכד יִ ְש ָר ֵאל ְמ ַת ְ ּקנֵ י ּו ְמ ַס ְ ּד ֵרי ָק ִלין ִ ּב ְרע ּו ָתא ְ ּב ִת ּי ּו ְב ּ ָתא ָק ֵמי ָמ ֵ
ׁ ֹ ׁ ֹ
ְ ּד ִל ָ ּבא ְּכ ְד ָקא יָ א ּותּ ְ ,בשו ָפ ָרא ָ ּדאַ ,א ְה ָ ּדר ַהה ּוא שו ָפר ִע ָ ּל ָאה" .און אזוי
ׁ ׁ ֹ
שטייט דארט אויך פריער" :וְ ַכד ִא ּ ְת ַער ַהאי שו ָפר וְ ַכד ְ ּבנֵ י נָ ָשא ּ ַתיְ ִ
יבין
ילא,קול ׁש ֹו ָפר ִמ ּ ַת ּ ָתא ,וְ ַהה ּוא ָק ָלא ָס ִליק ְל ֵע ָ ּ ֹ ֹ
ֵמ ֲח ָט ֵאיהוןּ ַ ,ב ְעיָ ין ְלנַ ְג ָ ּדא מ
ׁ ֹ
ְּכ ֵדין ִא ּ ְת ַער שו ָפ ָרא ָא ֳח ָרא ִע ָ ּל ָאה ,וְ ִא ּ ְת ַער ַר ֲח ֵמי ,וְ ִא ְס ּ ַת ָ ּלק ִ ּדינָ א" .און
אזוי שטייט אין אלע ספרים ,אז יעצט איז דער עיקר ענין פון תשובה,
וואס אידן דארפן מתחרט זיין אויפן עבר און מקבל זיין אויפן עתיד
א הנהגה טובה ,און אזוי קען מען זוכה זיין צו התעוררות רחמים.
אבער ליידער וואו נעמט מען די 'יודעי תרועה' זאלן קענען
אמרי מנחם /ראש השנה
אריינברענגען אין אונז א 'התעוררות תשובה'? אודאי איז דא היינט
אויך צדיקים ,אבער ליידער זענען זיי באהאלטן; ווי דער בני יששכר
זאגט (ניסן ב ,הדי) ,נו ,ווער זאל אונז מחזיר בתשובה זיין? ווער זאל אונז
מעורר זיין לתשובה? ווער קען אריינברענגען אן אמת'דיגע הרהור
תשובה אין אונז אריין? געוואלד ,מיר זענען דאך ליידער אזוי
פארשטיינערט און מגושם'דיג ,אז מען פילט נישט קיין שום 'חיות
דקדושה' ,וויאזוי גיבט מען זיך דא אן עצה?
מיר האבן איין עצה :גיין און בעטן דעם אייבערשטן אז 'ער' זאל אונז מעורר זיין
נאר טייערע אידן ,די איינציגע עצה איז :ה' באור פניך יהלכון ,מיר
האבן נישט צו וועמען זיך צו ווענדן נאר צו דיר בורא כל
עולמים! נאר דו קענסט אונז דערלייכטן די אויגן און אריינגעבן אין
אונז א הרהור תשובה! דו זאלסט אונז העלפן ,אז מיר זאלן זיך קענען
צוזאמנעמען און מתבונן זיין ,אז מיר זאלן קענען תשובה ווי עס
ברויך זיין! מיר האבן נישט די 'יודעי תרועה' וואס זאל אונז מאיר זיין,
נאר מיר מוזן אנקומען אז דו רבונו של עולם זאלסט דאס טון!
לאמיר אלע צוזאמען זיך בעטן ביים דערבארעמדיגער פאטערִ :
"מן
י-ה ָענָ נִ י ַב ֶּמ ְר ָחב ּ
י-ה". ַה ֵּמ ַצר ָק ָר ִ
אתי ּ
4
וזל"ק" :בכל דור ודור יש צדיקים גדולים יכולים לפעול פעולות נוראות ,אבל די
הוא כשהדור אינו ראוי לכך כל מדריגת הצדיקים הם באיתכסיא ואינם
נודעים בשם ובאפשר הם לפעמים חוטבי עצים ושואבי מים וכיוצא בשארי
ענינים ,וכמ"ש בגמ' שיצאה להם בת קול יש בכם אחד שהוא ראוי שתשרה עליו
שכינה וכו' אלא שאין דורו ראוי לכך [סוטה מח ע"ב] ,כיון שהוא בחשכות הגלות
בכל דור ודור בימי גלותינו ,וכן היה במצרים ודאי היה בהם צדיקים גדולים
אמ וכמשארז"ל [ב"ר פנ"ו ז'] אין לך דור שלא יהא בו כאברהם וכו' ,ובפרט שבט
לוי שהיו צדיקים ,אבל לא היו נודעים בשם ולא היו ניכרין (כמשפט לאוהבי שמו
דכתיב בהו וראו כל עמי הארץ כי שם י"י נקרא עליך) דמחמת חשכות הגלות
לא היה ניכר מדרגתם ,וכיון שהגיע תור הגאולה מיד גילו הצדיקים את ראשיהם
ונתגלה לעין כל צדקתם וקדושתם ומדריגתם ,וזהו שדרש על הפסוק הנצנים
נראו בארץ עת הזמיר הגיע ,ובזה רוצה לדרוש גם בכאן ,החדש הזה לכם ראש
חדשים ,הראשים הללו של הצדיקים שהוא דבר חדש אצליכם ,החידוש הוא רק
לכם ,אבל אני ידעתי מאז ומקדם גודל צדקתם וקדושתם".
אמרי מנחם /ראש השנה
Ƿ תשוקתו לקדושת החג בזכרון עבודת הצדיקים מדי דברי המו מעי -
'לב נשבר' האקט אויף אלע טויערן
אמאל האט דער בעל שם הקדוש זי"ע מכבד געווען זיין תלמיד
הרה"ק רבי וואלף קיצעס זצ"ל צו בלאזן שופר .פאר ראש
השנה האט דער בעש"ט מיט אים געלערנט די כוונות פון תקיעת
שופר.
ווען עס איז געקומען תיכף פאר תקיעת שופר ,האט דער בעש"ט
צוגענומען פון אים די כוונות .איז ער געווארן שטארק צובראכן
ביי זיך ,וויאזוי גייט מען דא צו צו א תקיעת שופר ָאן קיין כוונות?
בלית ברירה האט ער געבלאזן ָאן קיין כוונות ,נאר מיט א
צובראכנקייט.
נאכן דאווענען האט אים דער בעל שם הק' געזאגט" :אלע כוונות
זענען 'שליסלען' צו עפענען די שערים אין הימל ,אבער וואס
טוט מען אויב דער שלאס איז געווארן פארזשאווערט און מען קען
האק און
נישט עפענען דעם טיר מיטן שליסל? דאן מוז מען נעמען א ַ
האק איז א 'לב נשבר'; ווי עס שטייט "לב
אויפהאקן דעם טיר! דער ַ
נשבר ונדכה אלקים לא תבזה" ,און דאס צוברעכט אלע מסכים
המבדילים".
ווייזט זיך אויס ,אז דער בעל שם הק' האט געזען אז אין הימל איז
דא אזעלכע קטרוגים וואס דאס פארזשאווערט אלע
שלעסער ,אז אפילו מיט כוונות וועט מען דאס נישט קענען עפענען,
און פאר דעם האט ער אים אוועקגענומען אלע כוונות ,כדי ער זאל
צובראכן ווערן דערפון ,און ער זאל האבן דעם 'לב נשבר' וואס דאס
האקט אויף אלע טויערן.
כאטש וויסן אז עס האנדלט זיך...
במ
דער שווער זכרונו לברכה (הגה"צ מוואודיסלאב זצ"ל) פלעגט אסאך מאל
שמועסן פון דעם חילוק צווישן די אמאליגע דורות ביז צו די
היינטיגע דורות .האט ער געזאגט אזוי" :אמאל פלעגן זיין 'סוחרים',
וואס ביי תקיעת שופר 'האבן זיי געהאנדלט"( .דאס הייסט ,צדיקים וואס
אמרי מנחם /ראש השנה
האבן געהאט א דעה אויבן אין הימל ,און האבן געקענט האנדלען ממתיק צו זיין דינים
און מבטל זיין גזירות).
שפעטער איז שוין געווארן א שוואכערע וועלט ,עס איז שוין נישט
געווען קיין סוחרים וואס האנדלען ,אבער זיי האבן כאטש
געוואוסט 'איבער וואס עס האנדלט זיך' .און אז מען ווייסט איבער
וואס עס האנדלט זיך -איז שוין אויך א מדרגה.
נאך שפעטער ,איז שוין דאס אויך נישט געווען ,אבער זיי האבן
כאטש געוואוסט 'אז עס האנדלט זיך' .אבער היינט – האט ער
אויסגעפירט – מיט א קרעכץ – 'ווייסט מען אפילו נישט אז עס
האנדלט זיך'.
מען קען אפשר זאגן ,אז דאס גופא אז מיר ווייסן כאטש ,אז מיר
ווייסן נישט אז עס האנדלט זיך – איז שוין אויך עפעס א
חשיבות .ווייל עס וואלט דאך געקענט זיין נאך ערגער ,אז מיר זאלן
זיך גאר איינרעדן אז מיר ווייסן יא אז עס האנדלט זיך .אבער וויבאלד
מען ווייסט ,אז בעצם וואלט מען ווען יא געדארפט וויסן אז עס
האנדלט זיך ,און מען ווייסט דעם אמת ,אז ליידער ווייסן מיר
גארנישט און מען איז צובראכן דערפון ,דאס אליינס איז שוין אויך א
גרויסע זאך.
רחמנא אמר תקעו
דער פאלטישאנער רב זכרונו לברכה פלעגט זאגן בעפאר די הייליגע
טעג" :מיר גייען שפילן ראש השנה" .וואס איז דער פשט פון
'שפילן ראש השנה'?
נאר עס קען זיין אז דאס ליגט אין דער גמרא (ר"ה ט"ז)" :למה תוקעין,
רחמנא אמר תקעו" .לכאורה וואס איז דא די קושיא און וואס
איז דער תירוץ? און בכלל טרעפן מיר נישט אז די גמרא זאל פרעגן
גמ פארוואס מען עסט מצה ,פארוואס מיר נעמען ד' מינים ,און די גמרא
זאל ענטפערן ווייל עס שטייט אזוי אין די תורה ,און נאר ביי תקיעת
שופר פרעגט די גמרא "למה תוקעין ,רחמנא אמר תקעו"?
נאר עס קען זיין ,אז די גמרא פרעגט :אויב מיר קענען נישט קיין
כוונות און מיר ווייסן בכלל נישט אז עס האנדלט זיך ,מיר זענען
אמרי מנחם /ראש השנה
גארנישט משיג די ערנסקייט פון די הייליגע טעג ,נו ,וואספארא
שייכות האבן מיר מיטן ענין פון תקיעת שופר? עס זעט דאך אויס ווי
א שפיל?
אויף דעם ענטפערט די גמרא" :רחמנא אמר תקעו" – דער
אייבערשטער וויל ,אז אפילו אין אזא מצב וואס מען ווייסט
גארנישט ,דאך זאגט די תורה" :בלאז! יא ,שפיל ראש השנה!" .און אז
מען טוט דעם רצון ה' מיט א תמימות לשם שמים איז נישטא קיין
גרעסערס דערפון .עס איז נישט קיין חילוק צי דו ווייסט יא די סודות
אדער נישט ,דער עיקר איז 'רחמנא אמר תקעו'.
און דאס איז וואס מיר דארפן וויסן ,אז אפילו אויב מיר שפירן נישט
די קדושה פון די טעג און מיר ווייסן נישט וואס עס טוט זיך אלץ
אפ אין אזעלכע טעג ,דארפן מיר טון דאס וואס מיר האבן צוגעזען
ביי די פריערדיגע צדיקים און אונזערע עלטערן ,זאגן תהלים און
סליחות ,מרבה זיין בצדקה און אזוי ווייטער ,און זיי ,די צדיקים
הקודמים ,וועלן שוין האנדלען פאר אונזערט וועגן.
א פרייליכע תקיעת שופר – התרת הספיקות
די גמרא זאגט (ראש השנה לג ).אז מען ווייסט נישט וואספארא סארט
קול די תרועה איז ,צי דאס איז 'גנוחי גנח' אדער 'ילולי יליל' ,און
דעריבער דארף מען בלאזן ביידע קולות סיי 'שברים' (תש"ת) ,און סיי
'תרועה' (תר"ת) און סיי ביידע אינאיינעם (תשר"ת).
דער רמב"ם זאגט (שופר ג ,ב)" :תרועה זו האמורה בתורה נסתפק לנו
בה ספק לפי אורך השנים ורוב הגלות ואין אנו יודעין היאך
היא" .באלד נאך מתן תורה האט מען יא געוואוסט קלאר וויאזוי צו
בלאזן ,נאר במשך השנים איז עס פארגעסן געווארן .לכאורה איז
שווער ,וואס איז די סיבה אז אזא גרויסע זאך ווי תקיעת שופר ,וואס
דאס איז דאך א מצוה דאורייתא ,האט מען אזוי געפירט פון הימל ,אז
דמ
עס זאל פארגעסן ווערן?
עס קען זיין אז דער ענין איז אזוי ,מען ווייסט דאך דעם כלל וואס
דער בני יששכר (סיון ה ,יג) ברענגט פונעם רמב"ם" :מי שלא טעם
טעם התרת הספיקות לא טעם שמחה מימיו – די גרעסטע שמחה איז
אויב א מענטש האט געהאט א ספק ,און שפעטער גייט ער ארויס
אמרי מנחם /ראש השנה
פונעם ספק ,דעמאלט איז די שמחה זייער גרויס .ממילא קען זיין ,אז
פון הימל האט מען געוואלט ,אז תקיעת שופר זאל צוגיין מיט א
שמחה ,און דעריבער האט מען צוגעפירט אז מען זאל פארגעסן
וויאזוי מען בלאזט א 'תרועה' ,כדי מען זאל האבן א ספק וויאזוי מען
קען יוצא זיין די מצוה ,און שפעטער ווען מען בלאזט אלע סארטן
קולות (תשר"ת ,תש"ת ,תר"ת) גייט מען דאך ארויס פונעם ספק ווייל אזוי
ארום האט מען דאך שוין זיכער יוצא געווען ,ווערט דאך א 'שמחה'
פון 'התרת הספיקות' און אזוי איז מען מקיים מצות תקיעת שופר
בשמחה.
די מלאכים האבן צוגעפאטשט צום 'אין קצבה'...
דער זיידע רבי חיים ראובן ז"ל האט דערציילט אז דער הייליגער רבי
אליעזר'ל דזיקוב'ער זי"ע איז אמאל זייער קראנק געווארן לא
עלינו ,און ער האט זיך מזכיר געווען פארן צאנזער רב זי"ע ,אז ער
זאל אים אויס'פועל'ן א רפואה .האט אים דער צאנזער רב געפרעגט:
"מחותן ,וואס וועט אייך דען פעלן אויפן עולם האמת?" .האט ער
געענטפערט" :איך האב נאך קינדער" .האט אים דער צאנזער רב
געזאגט" :דעם מחותן'ס קינדער ,וואו זיי וועלן קומען – וועט מען זיי
מקרב זיין ."...און אזוי האט דער ר' אליעזר'ל גע'טענה'ט פארשידענע
טענות ,אבער דער צאנזער רב האט זיך געהאלטן ביי זיינס ,אז ער
האט זיך נישט וואס צו זארגן .צום סוף האט זיך דער דזיקוב'ער רב
אנגערופן" :ווען איך טאנץ 'אין קצבה' שטייען די מלאכים און פאטשן
צו" .ווי נאר ער האט דאס געזאגט ,האט זיך דער צאנזער רב
אנגערופן" :דאס איז א שאד! דאס איז א שאד!" .און ער האט געהייסן,
אז מען זאל אים אנווארעמען א מקוה ,און ער איז געגאנגען אין
מקוה און גע'פועל'ט א ישועה ,און רבי אליעזר'ל איז געזונט געווארן.
געשעפט חיות א גאנץ יאר פונעם 'מלכיות זכרונות שופרות'
המ ביי די ראפשיצער קינדער איז דער 'שפיץ' פון ראש השנה געווען די
הויכע שמונה עשרה פון מוסף ,בפרט די פסוקי מלכיות זכרונות
שופרות .אזוי ווייט ,אז דער סטוטשינער רב זצ"ל האט זיך
אויסגעדרוקט" :מלכיות זכרונות שופרות – געבן מיר אריין כח אויף
א גאנץ יאר!".
אמרי מנחם /ראש השנה
ווידער ביי אנדערע צדיקים איז עס נישט אזוי ווייט געווען די שפיץ.
למשל ,ביים קאלאשיצער רב זצ"ל האט גענומען פון אנהייב
'מלכיות' (עלינו לשבח) ביז נאך 'זכרונות שופרות' – נישט מער ווי א
האלבע שעה .יעדער צדיק האט זיך זיין ענין און זיין דרך.
ראש השנה אין שטוב...
הרה"ק ר' משה'לע ראזוואדאווער זי"ע האט געזאגט" :ווען מען
וואלט ווען געוואוסט ווי וויכטיג עס איז צו זיין שבועות ביי
א רבי'ן – וואלטן די רבנים אין די שטעט נישט געהאט קיין מנין .און
אויב מען וואלט געוואוסט ווי וויכטיג עס איז צו זיין אין שטוב ראש
השנה – וואלטן די רבי'ס נישט געהאט קיין מנין".
פארקוקן...
'זיך' ָ
איידער די הייליגע טעג איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן זכרונו
לברכה ,א רב וועלכער האט געדאווענט פארן עמוד ביי זיך
אין בית המדרש ,האט יענער רב געזאגט פארן רבי'ן ,אז ער דארף זיך
פארקוקן דאס מחזור .האט דער רבי געזאגט" :דאס מחזור איז
נאך ָ
פארקוקן!".
די זעלבע ווי פאראיאר ,מען דארף 'זיך' ָ
תקיעת שופר דרשה פון הרה"ק מקאלאשיץ זי"ע
דער הייליגער קאלאשיצער רב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר תקיעת
שופר איין ווארט" :מיט אהבת ישראל קען מען גיין הויך ,הויך,
הויך עד אין סוף!" .דאס איז געווען די גאנצע דרשה.
געלערנט בני יששכר בעפאר תקיעת שופר
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע האט אמאל געלערנט דעם ספר 'בני
יששכר' איידער ער איז געגאנגען צו תקיעת שופר .האבן די
ארומיגע זיך אביסל געוואונדערט דערויף ,ווייל זיי זענען דאך געווען
בערך אין די זעלבע יארן .האט דער צאנזער רב זיך אנגערופן" :איך
לערן נאר אין ספרים פון בעלי רוח הקודש". ומ
געווען יעדעס יאר ראש השנה ביים חוזה מיט מסירות נפש
דער שווער זכרונו לברכה (הגה"צ מוואידיסלב זצ"ל) פלעגט דערציילן די
פאלגענדע מעשה.
אמרי מנחם /ראש השנה
דער חוזה מלובלין איז אמאל געזעסן מיט זיינע הייליגע תלמידים,
און ער האט דעמאלט געדארפט האבן א גרויסן סכום געלט,
און עס איז אים נישט לייכט אנגעקומען צו שאפן דעם סכום .האט
זיך דער חוזה אנגערופן" :ווער עס וועט מיר געבן דעם סכום געלט,
וועט זיצן מיט מיר במחיצתי אין גן עדן" .נו ,פארשטייט זיך אז די
תלמידי החוזה וואלטן אודאי געוואלט זוכה זיין צו אזא הבטחה,
אבער ווער האט דען געהאט אזא סכום געלט ...דער רבי הערשעלע
זידיטשויב'ער? דער בני יששכר? ...
איז געשטאנען דארט א פארמעגליכער דארפסמאן וועלכער איז
געווען א פשוט'ער איד ,ווי ער האט געהערט די ווערטער פונעם
רבי'ן ,האט ער געגעבן א נעם ארויס די אפותיקי פון טאש און געגעבן
א לייג אראפ פארן חוזה" :רבי ,דא האט איר דאס געלט!" .ווי דער
חוזה האט דאס געזען ,איז אים נישט גוט געווארן ...עס איז אים
געווארן ליכטיג צו זען ווער עס וועט זיין דער שכן זיינער ...האט דער
חוזה געפרואווט זיך ארויסצודרייען פון אים" :דו וועסט זיך ניטאמאל
גוט געפונען אין אזא הויך פלאץ" ,און נאך פארשידענע תירוצים.
אבער דער איד האט זיך נישט געלאזט .האט אים דער חוזה געזאגט:
"הער מיך אויס ,דו זאלסט וויסן אז דאס וועט דיר נישט אנקומען
לייכט ,עס איז א שווערע זאך! ענדערש וועל איך דיר צוזאגן עשירות
כל ימי חייך און אויף דורי דורות!" .אבער דער איד האט געזאגט:
"ניין רבי ,געשעפט איז געשעפט!" .האט דער חוזה געזאגט" :ווייסטו
וואס? איך וועל דיר צוזאגן אריכות ימים און גוטע קינדער און קינד'ס
קינדער ,תורה וגדולה במקום אחד עד סוף כל הדורות" .אבער דער
איד האלט זיך ביי זיינס" :ניין רבי ,געשעפט איז געשעפט" .דער חוזה
האט געפרואווט מיט נאך אסאך ברכות ,אבער דער איד האלט זיך
ביי זיינס" :ניין רבי ,געשעפט איז געשעפט!".
האט אים דער חוזה געזאגט" :אויב אזוי ,הער אויס ,דו וועסט מוזן
זמ
דורכמאכן מורא'דיגע צער און יסורים (זיכוך הנפש)!" .און דער
איד זאגט" :רבי ,געשעפט איז געשעפט!" .האט אים דער חוזה
געזאגט" :דו זאלסט וויסן ,אז אויף דעם וועסטו מוזן פארלירן דיין
ווייב און קינדער רחמנא ליצלן!" .אבער עס האט אים גארנישט
געארט" .דו וועסט ווערן ל"ע אן עני מדוכא רחמנא ליצלן" .אבער
אמרי מנחם /ראש השנה
דער איד האלט זיך" :רבי ,געשעפט איז געשעפט!" .זאגט אים דער
חוזה" :דו וועסט ווערן קרעציג פון קאפ ביז פוס!" .זאגט ער" :רבי,
געשעפט איז געשעפט!" .האט דער חוזה געזאגט" :אויב אזוי ,נעם
איך זיך אויס איין תנאי כפול ומכופל ,אז דו מוזט יעדעס יאר זיין
אויף ראש השנה ביי מיר אין לובלין ,און טאמער פארפעלסטו איין
ראש השנה – איז דער גאנצער געשעפט אויס!" .דער איד האט זיך
מקבל געווען צו זיין יעדעס יאר ראש השנה אין לובלין ,און מיט דעם
האט זיך דער געשעפט געשלאסן ,און דער חוזה האט גענומען דאס
געלט פון אים.
עס איז דורכגעגאנגען א שטיק צייט ,און אלץ וואס דער חוזה האט
אויסגערעכנט האט אנגעהויבן מקוים צו ווערן ,דער איד האט
פארלוירן די גאנצע משפחה ל"ע ,און ער איז געווארן ל"ע אן עני
ואביון ,און ער פלעגט זיך מפרנס זיין פון נדבות וואס ער פלעגט
ארומגיין זאמלען ביי די הייזער .נו ,ווילאנג ער האט נאך געהאט א
שיינעם אנצוג פון די גוטע צייטן אלס נגיד – האט מען אים נאך מכבד
געווען און מען האט אים געגעבן שיינע נתינות .אבער עס איז
אריבער א ּפ ָאר יאר ,און ער איז געווארן ל"ע א מצורע רח"ל ,מענטשן
האבן נישט געוואלט שטיין נעבן אים ,און דער מלבוש איז אים
געווארן אינגאנצן פארשמירט און שמוציג ,ער האט שוין געהאט א
צורה פון אן ארחי פרחי ,אזוי ,אז מען האט אים שוין קוים צוגעווארפן
עפעס א קליינע נדבה.
יעדעס יאר פלעגט דער איד ארומפארן אויף דערפער און שטעטלעך
נאך געלט ,אבער ער האט אלעמאל געמאכט זיכער
אנצוהייבן צו פארן קיין לובלין גענוג צייטליך צו זיין זיכער אז אויף
ראש השנה איז ער אין לובלין .מיט דער צייט האט דער איד
אנגעהויבן ווערן שוואכער און שוואכער ,און ער האט שוין מורא
געהאט צו פארן צו ווייט אוועק פון לובלין ,טאמער וועט ער נישט
חמ
קענען זיין צוריק אויף ראש השנה ,דעריבער פלעגט ער פארן בלויז
א קורצע שטרעקע ארום לובלין .און וואס א יאר שפעטער איז ער
געווארן שוואכער ,ממילא ,איז ער אלץ געפארן א קורצערע שטרעקע
– כדי צו זיין זיכער אז ער וועט קענען אנקומען קיין לובלין אויף
ראש השנה.
אמרי מנחם /ראש השנה
עס איז געווען דאס לעצטע יאר זיינער ,דער איד איז שוין געווען
זייער שוואך ,אבער ער האט פארט געמוזט גיין נאך געלט צו
האבן עפעס חיונא ,האט ער זיך ארויסגעלאזט נאך פסח אדער נאך
שבועות ,בלויז אויף א קורצן וועג ,ממש נעבן לובלין ,און
אויסגערעכנט אז ער זאל נאך האבן גענוג צייט ביז ראש השנה צו
קענען גיין צופוסנס צוריק קיין לובלין .עס איז געקומען עטליכע
טעג פאר ראש השנה ,און ער איז שוין געווען נאנט צו לובלין ,איז ער
פארשלאפט ,אז ער האט שוין נישט
ַ געווארן אזוי פארשוואכט און
געקענט גיין ווייטער .נו ,מען קען זיך פארשטעלן דעם צער וואס ער
האט דא נעבעך געהאט ,אלעס האט ער דאך פארלוירן פאר די
הבטחה ,און דא ווענדט זיך אלעס אין דעם ראש השנה ,נו ,וועט ער
אלעס דערלייגן? האט ער זיך מיישב געווען ,ער וועט זיך אויסלייגן
אויף דער ברייט פונעם וועג וואס גייט קיין לובלין ,און דארט וועלן
דאך זיכער דורכפארן וועגענער פון חסידים וועלכע קומען צום חוזה
אויף יום טוב ,ממילא ,וועלן זיי אים ארויפנעמען אויפן וואגן .און ער
האט זיך געמאכן א קלוגן חשבון ,אז ממה נפשך ,טאמער וועט מען
אים באמערקן און מיטנעמען קיין לובלין – איז דאך אודאי גוט ,און
טאמער וועט מען אים נישט באמערקן ,און מען וועט אים איבערפארן
און ער וועט שטארבן – וועט דאך אויסקומען אז די פארגאנגענע
ראש השנה איז געווען זיין לעצטן ראש השנה בזה העולם און ער איז
געווען אין לובלין ,נו ,איז ער דאך מובטח מיט דער הבטחה פון 'עמי
במחיצתי'.
דער הייליגער בעלזער רב דער שר שלום זצ"ל איז דורכגעפארן
דארט מיט א וואגן חסידים קיין לובלין ,און אינמיטן האבן זיי
דערזען אז דארט ליגט א איד אין דער ברייט ,זענען זיי צוגעגאנגען
צו אים און געפרעגט צי ער דארף עפעס .דער איד איז שוין געווען
אזוי שוואך ל"ע ,אז ער האט שוין גארנישט געקענט רעדן ,ער האט
טמ נאר ארויסגעזאגט די ווערטער 'לובלין'' ,לובלין' .האבן די חסידים
געזאגט פארן שר שלום ,אז דא ליגט א איד און ער זאגט 'לובלין'.
זאגט ער" :נו ,נעמט אים ארויף אויפן וואגן ,וועלן מיר אים פירן קיין
לובלין" .האט מען ארויפגענומען דעם איד אויפן וואגן און געפירט
קיין לובלין .דארט האבן זיי אים צוגעטראגן צו א 'הקדש' ,וואו מען
האט געגעבן הכנסת אורחים פאר אזעלכע סארט מענטשן,
אמרי מנחם /ראש השנה
ארימעלייט און ארחי פרחי ,מן הסתם האט מען דארט אכטונג
געגעבן אז ער זאל האבן עפעס צו עסן וכדומה .און דערנאך איז דער
בעלזער רב אריבערגעגאנגען צום חוזה פון לובלין אפנעמען שלום.
געווענליך ,ווען דער בעלזער רב פלעגט קומען ,פלעגט אים דער
חוזה שטארק מקרב זיין .עס איז באקאנט די מעשה ,אז
דער חוזה האט מכבד געווען דעם בעלזער רב מיט קריאת המגילה,
און דער חוזה האט דעמאלט געזאגט" :איך האב שוין אסאך מאל
געהערט די מעשה ,אבער אזוי שיין ווי דער אינגערמאן פארציילט
דאס – האב איך נאכנישט געהערט" .אבער דאס מאל ווען דער
בעלזער רב איז אריינגעקומען ,האט זיך דער חוזה אויסגעדרייט צו
די וואנט און אים נישט געוואלט געבן קיין שלום.
דער בעלזער רב האט נישט געוואוסט וואס דא איז געשען ,איז ער
ארויס פון שטוב און אנגעהויבן מפשפש זיין במעשים ,געזאגט
תהלים און תשובה געטון .דערנאך גייט ער נאכאמאל אריין צום
חוזה ,און ...דער רבי גיבט זיך נאכאמאל א דריי אויס צו די וואנט און
וויל אים נישט געבן קיין שלום .גייט ער ארויס אינעם ווארט צימער,
דארט זענען געזעסן חסידים און געשמועסט כדרכם ,הערט ער ווי
איינער פון די גבאים זאגט" :דער רבי וויל נישט געבן קיין שלום פארן
בעלזער רב ,ווייל דעם רבי'ן אהרט פארוואס ער האט דא געברענגט
א געוויסן איד".
דא האט שוין דער בעלזער רב אינגאנצן נישט פארשטאנען קיין
פשט .ער האט געהאלטן אז ער האט דא געטון אזא מין גרויסע
זאך ,וואס מן השמים האט זיך אים צוגעפירט אזא מצוה רבה פאר
ראש השנה .איז ער אריינגעגאנגען צום רבי'ן און געזאגט כהאי
לישנא" :איך פארשטיי נישט ,א איד ליגט אויף דער גאס
אויסגעשפרייט ,ממש כל עוד בו נשמתו ,און ער קען קוים ארויסרעדן
א ווארט ,און ער בעט זיך ער וויל גיין קיין לובלין ,און אז מען נעמט נ
דעם איד ארויף אויפן וואגן און מען ברענגט אים קיין לובלין – פאר
דעם קומט נישט צו געבן קיין שלום?" .ווי ער האט דאס געזאגט,
האט זיך דער חוזה געגעבן א דריי אויס צו אים" :אויב אזוי ,וועל איך
דיר זאגן וואס דו זאלסט טון .נעם דיר דא דעם ספר 'ברית מנוחה' (א
טיף ספר אויף קבלה פון א ראשון) ,און גיי אהין צו דעם איד ,און דו זאלסט
אמרי מנחם /ראש השנה
דארט דאווענען ראש השנה ,און אויב וועסטו דארפן א שופר – וועל
איך דיר שיקן א שופר ,און דו זאלסט דורכלערנען מיט דעם איד
דעם ספר ברית מנוחה .און נאכדעם זאלסטו קומען צו מיר" .דער
בעלזער רב האט זיך געוואונדערט "ווי קען מען לערנען א ספר ברית
מנוחה מיט אזא איד וועלכער האט נישט אויסגעזען אזא בר הכי צו
פארשטיין די ענינים?" .אבער אז דער רבי הייסט – איז דאך נישט
שייך צו פרעגן ,האט ער געפאלגט .ער האט גענומען דעם ספר ברית
מנוחה ,און געגאנגען צו דעם איד אין הקדש אריין.
דער איד האט זיך שוין געפילט אביסל בעסער ,ער האט שוין געהאט
געגעסן און זיך אפגערוהט פונעם וועג ,ממילא ,איז ער שוין
געווען מער פעאיג אויפצונעמען א לימוד .און דער בעלזער רב האט
אנגעהויבן לערנען מיט אים ,און ...פלאי פלאים ,דער איד פארשטייט
וואס מען לערנט און ער איז תופס נאך און נאך ,און אזוי האט ער
דורכגעלערנט מיט אים דעם גאנצן ברית מנוחה די ערשטע נאכט
ראש השנה .כעלות השחר ,אזויווי מען האט געענדיגט לערנען דעם
ספר ,איז דער איד נסתלק געווארן( .ממילא ,האט דער בעלזער רב טאקע
נישט געדארפט דארט קיין שופר).
ווי נאר דער בעלזער רב איז אריינגעקומען צום חוזה ,רופט זיך ָאן
דער חוזה" :דו האסט אים גאנץ שיין אהערגעשטעלט! און פאר
דעם גיב איך דיר במתנה דעם ספר ברית מנוחה".
עס איז טאקע ידוע אז אין בעלז איז דער ספר ברית מנוחה פונעם
חוזה איבערגעגאנגען מדור לדור בירושה ,נאכן שר שלום האט
עס גע'ירשנ'ט דער מיטעלער רב ,רבי יהושע'לע ,דערנאך האט עס
גע'ירשנ'ט דער פריערדיגער רב ,און דערנאך האט עס גע'ירשנ'ט
דער בולגרייער רב ,אבער ער האט עס נישט געוואלט האלטן ביי זיך,
האט ער עס געגעבן פארן ברודער דעם לעצטן בעלזער רב צו
אנ האלטן.
פון דער מעשה זעט מען ,וואס טייטש א פארצייטישער דארפס איד
וועלכער איז געפארן צו צדיקים ,ווי שטארק עס איז געווען זיין
אמונה אין צדיקים און זיין אמונה אין השארת הנפש ,שכר ועונש
אמרי מנחם /ראש השנה
וכדומה ,אז ער איז געווען גרייט אלעס צו פארלירן – אבי צו זיין
במחיצתו פונעם חוזה זי"ע.
4
yz
בשם אלפי לומדי והוגי תורת רבינו זי"ע בספרי וגליוני 'אמרי מנחם'
מברכין אנו מעומקא דלבא ברכת מזל טוב לכבוד האי גברא רבא,
בקי בכל מכמני התורה ,מרביץ תורה וירא"ש לתלמידיו השותים בצמא
את דבריו ,פה מפיק מרגלין טבין ורבים נהנים ממנו עצה ותושיה,
זכה לקירבות יתירה אצל כ"ק מרן רבינו זיעועי"א
הרב הגה"צ רבי דוד שלמה לאוב שליט"א
עורך ראשי של המכון
לרגל השמחה השרויה במעונו
בהכנסת בנו הבה"ח צבי ני"ו לעול התורה והמצוות בשעטומ"צ.
ויה"ר שמע"כ שליט"א ירווה נחת דקדושה אצל כל יו"ח היקרים שיחי'
מתוך בריאות השלימות והרחבת הדעת לאורך ימים ושנים טובים
ולהכתב בספרן של צדיקים בשנה טובה ומבורכת בכל הענינים
מתוך נחת והרחבת הדעת וכט"ס.
מכון אמרי מנחם בנ
zy
