דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — ראש השנה (2026-09-07)

בעזהשי"ת
דברי חיזוק
ראש השנה
רביה"ק מסאטמאר -געוואלד! תפארת שלמה -וואס דארף מען
וויאזוי זענען אריבערגעגאנגען אינזין האבן ביי 'תקיעת שופר'?
[עמוד יד] אונזערע טעג און נעכט?! [עמוד ג]
אמרות משה -אנהויבן פון יעצט צו שער המלך -רבונו של עולם!
באלייכט מיין נשמה! [עמוד טז] לערנען און דאווענען [עמוד ה]
אמרות משה -באשעפער ,העלף אז
מיר זאלן בלייבן א גאנץ יאר מיט דברי חיים -דער ריכטיגער וועג
די קבלות פון ראש השנה! [עמוד ו] וויאזוי תשובה צו טון ראש השנה
[עמוד יז]
אמרי נועם -שופר איז מבטל אלע
דינים ,עצבות ,און שכחה [עמוד ו] זרע קודש -דער באשעפער איז
אויף אונזער זייט! [עמוד כ] אור המאיר -שרייען צום
אויבערשטן אן קיין ווערטער זרע קודש -דער אויבערשטער זעט
בלויז די גוטס פון כלל ישראל! [עמוד ז]
[עמוד כא] תורת אמת -דער שופר רופט צו
יעדן איד אין סיי-וועלכער מצב:
קער זיך אום צום אויבערשטן אור יחזקאל -פארגעס נישט! דו
ביסט אין א מלחמה! [עמוד כא] [עמוד יא]
תפארת עוזיאל -לאמיר זאגן פארן אך פרי תבואה -די עצה
אויבערשטן דעם גאנצן אמת! אפצושטילן אלע מקטרגים – טון
מצוות אן קיין טעם [עמוד כד] [עמוד יב]
צו זיך איינשרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון
רופט /טעקסט /אימייל צו מכון דברי חיזוק אויף 845-886-0123
ווי אויך פאר סיי ווספארא באמעקונגען קענט איר לאזן א מעסידזש אויפן
סיסטעם אדער שיקן א אימייל צו
dc8458860123@gmail.com
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
לזכר ולעילוי נשמת נפש נקי וצדיק ספרא רבא מעתיק ומלבן הקונטרסים
הרב ר' יוסף זצ"ל ב"ר אברהם שמואל יהודא שליט"א
ת.נ.צ.ב.ה.
-א-
געוואלד! וויאזוי זענען אריבערגעגאנגען אונזערע טעג און נעכט?!
פאלגנד זענען הארצרייסנדע דברי התעוררות וואס מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע
האט ארויסגעשריגן פון זיין הייליג הארץ אום ראש השנה שנת תשכ"א:
מורי ורבותי! לאמיר אביסל צולייגן אונזער הארץ ,זיך אביסל מתבונן זיין ,וויפיל
צעבראכענע הע רצער זענען דא אויף דער וועלט ,וויפיל טרערן האבן אידן פארגאסן
אין דעם בית המדרש אליין! 'מה אומר מה אדבר' ,מיין אייגן הארץ איז אויך צעבראכן,
און איך האב נישט פאר וועמען אויסצוגיסן מיין פארביטערט הארץ .לאמיר זיך
אויסשמועסן אונזערע פארביטערטע הערצער איינער צום אנדערן ,און אינאיינעם
וועלן מיר זיך אויסגיסן אונזער הארץ פארן לעבעדיגן באשעפער ,און דער
אויבערשטער וועט זיכער נישט פארשעמען די תפילות פון דעם ציבור ,ווייל איבעראל
וואו עס געפינען זיך צען אידן רוהט די שכינה (סנהדרין לט ,).זיכער צווישן אזא הייליגער
ציבור .און עס שטייט אין זוהר חדש (נח ,מ ).אז אפילו אויב 'איין' קהילה פון אידן וועלן
תשובה טון ,האבן זיי א כח צו ברענגען די גאולה.
לאמיר זיך מתבונן זיין ,לאמיר מאכן א חשבון הנפש ,מיר האבן דאך נישט צו וועמען
זיך צו ווענדן ,אמאל האבן מיר געהאט א בית המקדש ,און די כהנים האבן מכפר
-ג-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
געווען פאר אונז .אפילו נאך וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארן ,זענען נאך
געווען גרויסע הייליגע צדיקים אין יעדן דור ,וואס די וועלט איז געווען פול פון זייער
קדושה .יעצט לאמיר אריינטראכטן ,וואס איז אונז דען היינט געבליבן ,מיט וואס גייען
מיר אריין אין דעם הייליגן טאג?!
היינט איז ראש השנה ,און מען טאר נישט דערמאנען קיין עבירות ,אבער יעדער פאר
זיך ווייסט זיינע פראבלעמען און עוולות ,לאמיר זיך מאכן א חשבון הנפש וויאזוי זענען
אריבערגעגאנגען אונזערע טעג און אונזערע נעכט?! האבן מיר דען געטון דעם רצון
ה'?!
דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז בקרוב ,א קל וחומר פון עשיו ,וואס
דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אים צוליב די דריי טרערן וואס ער
האט אראפגעלאזט ,אויב אזוי איז זיכער ,אז דער אויבערשטער וועט זען די צער פון
כלל ישראל ,און ער וועט רחמנות האבן אויף אונז ,צוליב זיין כבודא.
א וזל"ק (דברי יואל ,ראש השנה ,עמ' נג) :מורי ורבותי נשים נא על הלב כמה לבבות נשברים
מצויים בעולם ,וכמה דמעות הורידו בנ"י בביהמ"ד הזה עצמו ,מה אומר ומה אדבר גם
לבבי נשבר בקרבי ואין לי אל מי להשיח מר לבבי ,נשיחה נא מר לבבנו איש לרעהו
וכולנו בצוותא חדא נשפוך שיח לפני קל חי ,והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים ,וכל
בי עשרה שכינתא שריא ,ובפרט בקרב עדה קדושה כזו .ואיתא בזו"ח (פ' נח) שאפילו אם
כנישתא חדא הדרא בתיובתא בידם לקרב את הגאולה .נתבונן נא ונעשה חשבון עם
נפשנו הן אין לנו אל מי לפנות ,בימי קדם היה לנו ביהמ"ק וכהנים בעבודתם אשר היו
מכפרים בעדינו ,ואף אחרי שחרבה עירנו ושמם בית מקדשנו עדיין היו קדושי עליון
מוסדי דור ודור והעולם היה מלא מקדושתם .נתבונן בנפשנו מה נותר לנו כהיום ,במה
אנו נכנסים אל היום הקדוש הזה .היום הוא ר"ה ואסור להזכיר בו עוונות ,אמנם כל
-ד-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-ב-
אנהויבן פון יעצט צו לערנען און דאווענען
הרה"ק רבי משה קאברינער זי"ע פלעגט זאגן פאר איינע פון זיינע חסידים וואס ער
האט געהייסן רבי חיים" :זכרנו לחיים" – לאמיר זיך עפעס דערמאנען אין חיימ'ען,
"מלך חפץ בחיים" – איז דען דא עפעס א רצון און א חשק אין דעם מענטש 'חיים'
– פארן 'מלך' מלכי המלכים? "וכתבינו בספר החיים" – 'חיים' ,צי האסטו עפעס
געלערנט א גאנץ יאר?
פאר א לענגערע וויילע האט ער געקוקט אויף אים אן ארויסצורעדן קיין ווארט ,און
דערנאך האט ער אויסגעפירט" :למענך אלקים" – פון היינט אן ,אז דו וועסט אנהייבן
לערנען און דאווענען פאר גאטס וועגן" ,חיים" – וועסטו האבן דעם אמת'ן 'חיים'ב.
אחד יודע נגעי לבבו ,נעשה חשבון עם נפשנו היאך עברו עלינו הימים וגם לרבות
הלילות ,האם עשינו רצון הבורא ית"ש ,השי"ת ירחם עלינו במהרה ק"ו מעשו שריחם
עליו השי"ת בעבור שהוריד ג' דמעות ,ועאכ"ו שיראה הקב"ה בעלבון בניו ויחוס וירחם
עלינו בעבור כבוד שמו יתברך.
ב אמרות משה (תפלת ראש השנה) :מרגלא בפומיה דמרן ז"ל לומר לאחד מחסידיו שקראו
לו ר' חיים :זכרנו לחיים לאמיר זיך עפעס דער מאנען אין חיימ'ען ,מלך חפץ בחיים
האם יש איזה חפץ ורצון בהאיש חיים אל מלך מלכי המלכים ,וכתבינו בםפר החיים
חיים צוא האסטע עפעס אגאנץ יאהר גילערינט .זמן רב הסתכל עליו בלי שום דיבור
ואח"כ אמר למענך אלהים חיים פין היינט אן אז דוא וואסט אן הייבין לערנען און
דאווינען פין גאטס וועגין .חיים וועסטע האבין דעם אמתין חיים.
-ה-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-ג-
באשעפער ,העלף אז מיר זאלן בלייבן א גאנץ יאר מיט די קבלות פון ראש השנה!
הרה"ק רבי משה קאברינער זי"ע האט געטייטשט אויף דער בקשה וואס מיר בעטן
ראש השנה" :לדור ודור המליכו לאל" ,אז די כוונה איז ,צו מתפלל זיין אז די קבלת
מלכות שמים ווואס מיר זענען מקבל ראש השנה ,זאל אנהאלטן 'לדור ודור' – אויף
אייביג ,און נישט אבי אריבערגיין ,נאר מען זאל אמת'דיג מקבל זיין אויף זיך דעם 'עול
מלכות שמים' אויף דעם גאנצן יאר ,און אויף א גאנץ לעבןג.
-ד-
שופר איז מבטל אלע דינים ,עצבות ,און שכחה
דער הייליגער אמרי נועם זי"ע שרייבט :דער פסוק (תהילים קכו ,ב) :א'ז י'מלא ש'חוק
פ'ינו" [דאן וועט אונזער מויל ווערן אנגעפילט מיט געלעכטער] ,איז ראשי תיבות
שופ"ר .דאס איז מרמז ,אז שופר איז ממתיק אלע דינים ,דעריבער איז דאס משפיע א
שמחה און א געלעכטער ,און איז מבטל אלע סארטן עצבות.
אלע סארטן שכחה קומען פון עצבות און טרויער ,און וויבאלד דער שופר קומט צו
מעורר זיין א זכרון [ווי דער פסוק זאגט (ויקרא כג ,כד)" :זכרון תרועה"] ,דעריבער איז
ג אמרות משה (תפלת ראש השנה) :לדור ודור המליכו לאל .מבקשים אנחנו בראש השנה אשר
קבלת מלכות שמים בראש השנה תהיה לדור ודור לעולם און ניט אביא אריבער גיין כי אם
תקבלו עול מלכות שמים באמת על כל השנה ועל כל ימיכם.
-ו-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
דאס ממשיך א געוואלדיגע שפע פון שמחה ,און דורכדעם איז מען זוכה צו א נייע
ליכטיגקייט אינעם מוח.
הרה"ק רבי שמשון פון אסטראפאליע זי"ע זאגט (ניצוצי שמשון פר' בא) ,אז די קליפה
וואס איז געשטעלט אויף דעם ענין פון 'שכחה' ,פארמאגט 605קליפות אונטער זיך,
וואס זיי ברענגען אריין שכחה אין מענטשן .ראש השנה איז א טאג וואס דאן איז מען
ממשיך א זכרון ,דעריבער ווערט דאס אנגערופן 'יום הזכרון' ,און צוליב דעם זאגט
מען ,אז דאס איז דער טאג פון 'הרת עולם' ,ווייל 'הרת' איז בגימטריא ,605און אין
דעם טאג איז מען מבטל און מכניע די 605קליפות וואס זענען געשטעלט אויף
שכחהד.
-ה-
שרייען צום אויבערשטן אן קיין ווערטער
הרה"ק רבי וועלוועלע פון זיטאמיר זי"ע זאגט :איך האב געהערט פונעם הייליגן
מגיד פון מעזריטש זי"ע א שיינער משל פאר די תקיעות:
ד וזל"ק (אמרי נועם ,ריש פר' כי תצא ,ד"ה כי) :אז ימלא שחוק פינו ולשונינו רנה הראשי תבות
הם שופ"ר ,ותיבת שחו"ק עולה מטטרון עם המאה קולות ,אשר הוא ממתיק הדינים
ומשפיע שמחה ושחוק ומבטל כל מיני עצב .והענין כי כל מיני שכחה באים מצד העצב
והיגון והשופר דלזכרון הוא דקא אתי ממשיך השמחה שהוא השפעות ובהירות המוחין..
וידוע מדברי מהר"ש אשר קליפה אחד נקרא רי"ב ועמה תר"ה חיילות והמה ממונים
על השכחה ע"ש והשם הגדול כד"ת מבטלם ,ולדעתנו יום ראש השנה שהוא הר"ת
עולם על כן נקרא יום הזכרון לבטל שרי השכחה שהם תר"ה חיילות והשופר הרומז
על לב"י חל"ל בקרב"י עולה כד"ת.
-ז-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
אמאל איז געווען א קעניג וואס האט אוועקגעשיקט זיינע קינדער צו א ווייטע מדינה,
און זיי זענען געבליבן דארט יארן לאנג פארטריבן פונעם קעניג'ס פאלאץ .זיי האבן
כסדר געזוכט עצות און געדאנקען ,וויאזוי זיי קענען זיך אומקערן צו זיייער מנוחה ,און
צו זייער לאנד ,זיך צו קענען ווייטער פרייען און הנאה האבן פון דעם אויסטערלישן
תענוג צו זיין אינאיינעם מיט זייער באליבטן טאטע ,וואס דאס איז זייער גאנצע גליק.
דעריבער האבן זיי פרובירט צוריקצוגיין צו דער פאלאץ פון זייער טאטע ,און זיי האבן
אנגעהויבן צו שיקן צו זייער טאטע הארציגע ווערטער און בקשות ,וואס זאלן
אויפוועקן זיין רחמנות ,אז ער זאל זיי צוריקנעמען צו זיך .זיי האבן אבער געזען אז
זייער טאטע קוקט נישט אויף זייער זייט ,און ער ווייזט נישט ארויס קיין ליבשאפט צו
זיי אזויווי אין די אמאליגע גוטע צייטן ,פאר זיי זענען דערווייטערט געווארן פון אים.
וויפיל זיי האבן פרובירט זיך צו איינבעטן ביי אים מיט הארצרייסנדע בקשות ,אז ער
זאל זיך דערבארעמען אויף זיינע זיסע קינדער ,האט דאס גארנישט אויפגעטון ,דער
טאטע ענטפערט זיי נישט ,און מאכט זיך נישט וויסנדיג פון זיי.
נאך א שטיק צייט האבן זיי זיך מתבונן געווען ,וואס מען קען טון אויפצואוועקן די
רחמנות פונעם טאטן ,אז ער זאל זיי ליב האבן אזויווי אמאל ,זיי האבן אריינגעטראכט,
וואס איז פשט אז זיי שרייען אזויפיל און דער טאטע ענטפערט זיי נישט ,דער טאטע
איז דאך אזא רחמנות'דיגער?! ביז ס'איז זיי איינגעפאלן' :מעגליך אין די ווייטע לאנד
וואו מיר האבן זיך געפינען ,האבן מיר פארגעסן דער שפראך פון אונזער טאטע דער
קעניג ,מיר האבן זיך איינגעגלידערט צווישן די ארטיגע מענטשן ,און זיך אויסגעלערנט
זייערע מעשים און זייער שפראך ,דעריבער ווערן אונזערע ווערטער נישט דערהערט
ביים קעניג ,ווייל ער פארשטייט נישט וואס מיר רעדן!'
-ח-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
זענען זיי אויפגעקומען מיט אן עצה' :פארוואס זאלן מיר רעדן צום טאטן מיט
ווערטער ,לאמיר אנשטאט דאם שרייען צו אים מיט א בלויזן קול ,און האפנטליך וועט
דאס אויפוועקן זיין רחמנות ,ווייל א 'קול' טוישט זיך לויט די מדינות.
דער נמשל איז פארשטענדליך ,א גאנץ יאר זענען מיר זענען ליידער פארפלאנטערט
געווארן אין עבירות און פארכאפט געווארן אין נישט גוטע מעשים ,און דורכדעם
זענען מיר דערווייטערט געווארן פונעם פאלאץ פון השי"ת.יעצט אום ראש השנה איז
נישט דא קיין שום איד וואס טוט נישט תשובה מיט תפילות און בקשות ,אבער מיר
זענען באזארגט ,אז אפשר האבן מיר שוין פארגעסן דער שפראך וויאזוי צו רעדן צום
באשעפער ,ווייל מיר האבן א גאנץ יאר שוין נישט גערעדט מיט אים אזויווי יעצט.
דאס מיינט ,אז צוליב וואס מיר זענען פארזינקען צווישן די גויים ,האבן מיר פארגעסן
וואס דארף זיין דער ציל פון אונזערע תפילות ,און צוליב דעם קען זיין צומאל ,אז מיר
זענען מתפלל בלויז אויף גשמיות ,אז דער אויבערשטער זאל אונז געבן פרנסה און
געזונט ,און אזוי ווייטער ,און באמת וואלט געפאסט ,אז די איינציגסטע כוונה פון כלל
ישראל מיט אלע אונזערע תפילות און עבודות זאל בלויז זיין ,צו מתקן זיין די שכינה
און מאכן תיקונים אין די 'עולמות העליונים' .קומט אויס ,אז מיר האבן פארגעסן
וויאזוי צו רעדן צום אויבערשטן.
דעריבער איז אונזער עצה ,צו בלאזן מיט א שופר ,ווייל א שופר איז א בלויזער קול,
און דאס וועט מעורר זיין די רחמנות פון השי"ת ,אז ער זאל אונז צוריקנעמען צו זיך,
און מיר זאלן זיך קענען פרייען מיט זיין ליבשאפט ,אזויווי אמאלה.
ה וזל"ק (אור המאיר ,דרוש לראש השנה ,ד"ה הבן יקיר) :ושמעתי מהמגיד זצלה"ה משל נאה
לפני התקיעות למלך ששלח בניו ידידיו למרחקים למדינה אחרת ונשתהו שם
-ט-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
ימים ושנים נתגרשו מעל שלחן אביהם ודאג לבם בקרבם ליתן עצות לנפשם
באיזה אופן נאות להם להשיבם אל מנוחתם ומדינתם אשר היה שם אהלם
מתחלה בחצר המלך פנימה לשמוח ולהשתעשע בתענוג אביהם כראות פני אלהים
אשר טוב להם אז מעתה והתחילו לשלוח דיבורים של רחמנות אל המלך אולי
יכמרו רחמיו להשיבם אליו ויהי כאשר שבו ונתקרבו לחצר המלך ויראו את פני
אביהם והנה איננו אליהם כתמול שלשום ומימים ימימה טרם שנתרחקו מעליו
והנה כל עוד שהרבו דבריהם בהתחננם בדברי תפלה ותחנונים אולי יכמרו רחמיו
כאב רחמן על בניו הנעימים ואין קול ואין עונה ויהי כאשר ארכו הימים ואין
מענה בפיהם התחילו הבנים להתבונן ליתן עצה וגבורה כדת מה לעשות לעורר
רחמי האב אהבתו הישנה ומה הגיע על ככה שצועקים ואינם נענים הלא רחמי
האב גדולה ובודאי לא על חנם והשיבו אל לבם פן ואולי שכחנו בארץ מרחקים
לשון אבינו המלך ונתערבנו בגוים ולמדנו מעשיהם ולשונם ודבור אין לנו אל
המלך ולכן לא נשמע דברינו בהיכל אבינו המלך ונתנו עצה לנפשם למה לנו
לזעוק ולצעוק בחיתוך דיבורים כ"א נשמיע קול פשוט לעורר רחמנותו סתם בקול
הפשוט כי קול פשוט שוה לכל והנמשל מובן אחר שאנו בני ישראל נאחזים
ונסבכים כל השנה כולה בעונות ופשעים ונתרחקנו מהיכל המלך ועתה בראש
השנה אין לך אחד מישראל שאינו שב בתשובה ותפלה ותחנונים אמנם דאג
לבם בקרבם ומגור מסביב פן ואולי שכחנו לשון המלך כיון שכל השנה כולה
לא דברנו עם המלך כמו עתה אזי עצה בין הבנים לתקוע בשופר קול פשוט
לעורר רחמנותו יתברך לזכות להשתעשע בהיכל המלך הקב"ה פנימה ולא כאותן
דצוחין ככלבין הב הב כנזכר בשם התקונים שדרש בחוץ תעמוד ויהבין לון
שאלתון מלבר כמבואר למעלה ואלו האנשים שכל עצמם ומגמתם עתה בר"ה
בתפלה ובתחנונים רק לשאול אוכל לנפשם וזהו נקרא ששכחו לשון המלך ויתערבו
בגוים וילמדו מעשיהם ולשונם דצוחין ג"כ רק הב הב חיי ומזונא וא"כ מה
יתרונם של עם קדוש ובאמת עיקר עבודתנו ותפלתינו המה רק תקוני שכינה
ותקון עולמות עליונים.
-י-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-ו-
דער שופר רופט צו יעדן איד אין סיי-וועלכער מצב :קער זיך אום צום אויבערשטן
הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע ערקלערט :דער עיקר ציל פון 'תקיעת שופר' איז,
איינצוזאמלען אלע וואס זענען דערווייטערט געווארן פונעם אויבערשטן ,און זיי צוריק
אריינברענגען אין די קדושה .פונקט ווי ביי א מלך בשר ודם ,וואס ווען מען וויל
צוזאמנעמען זיינע מענטשן וואס זענען צעשפרייט געווארן ,בלאזט מען מיט א שופר
אלס א סימן אז אלע זאלן זיך צוזאמנעמען פון זייערע וואוינ-ערטער ,און קומען צום
קעניג.
דער שופר רופט צו אלע וואס זענען דערווייטערט פון השי"ת ,דאס איז מעורר די
אלע וואס ליגן אין א שלאף ,צו אלע וואס זענען פארבלאנזשעט פון די הייליגע וועגן,
און צו אלע וואס זענען פארנומען מיט גשמיות; אז אלע אידן אן אויסנאם זאלן זיך
אומקערן צום אויבערשטן.
דער שופר רופט יעדן איינציגן איד צוריקצוקומען צום אויבערשטן ,אן קיין שום
אונטערשיד צווישן איין איד און דעם צווייטן .אפילו איינער וואס האט זיין גאנץ לעבן
געבלאנזשעט פון דעם ריכטיגן וועג ,איז אויך מחוייב צו הערן שופר ,און ער וועט
אויך דערהערן דעם קול פונעם שופר ,וואס רופט און איז מעורר צו תשובה.
וויבאלד דער עיקר ציל פון דעם שופר איז ,צו 'דערהערן' דעם רוף פונעם שופר,
דעריבער מאכט מען די ברכה 'לשמוע קול שופר' [צו הערן דעם קול פון שופר] ,אפילו
-יא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
דער וואס בלאזט דארף מאכן דער נוסח ,ווייל דער עיקר תכלית פון שופר בלאזן איז,
צו דערהערן דעם פנימות'דיגן קול וואס דער שופר רופטו.
-ז-
לאמיר זאגן פארן אויבערשטן דעם גאנצן אמת!
דער הייליגער תפארת עוזיאל זי"ע [א תלמיד פונעם מגיד פון מעזריטש] שרייבט
פייערדיגע ווערטער:
פארוואס שווייגט איר?! מיר האבן יעצט א געלעגנהייט צו צעברעכן אלע כוחות פון
די סטרא אחרא ,דורך דעם שופר ,יעצט איז דער צייט דערפאר!
מיינע טייערע ברידער! דער יצר הרע פארשטאפט אונזער הארץ אז מיר זאלן זיך נישט
קענען אויסוויינען פארן אויבערשטן .דאס איז געגליכן צו א לערער וואס האט געהאט
ו וזל"ק (תורת אמת לר"ה ד"ה וישמעו רחוקים) :עיקר ענין התקיעה בשופר לקבץ המרוחקים להקדושה,
כענין התנהגות במלך בשר ודם כשרוצה לקבץ אנשיו הנפרדים ומפוזרים תוקעים בקול פשוט
והוא לסימן שיתקבצו מכל מקומות מושבותם וגם יתעוררו משנתם ,וכל התועה בדרך או
פנה לעסקיו יפנה להתקבץ לקול התקיעה ,וכידוע מאמר הרמב"ם ז"ל על תקיעת שופר בראש
השנה (הל' תשובה פ"ג ה"ד) אף על פי שמצוה הוא רמז יש בו עורו וגו' .והנה אין בזה הפרש בכל
כלל ישראל וגם מי שכל ימיו תעה מני דרך הישר גם הוא מצווה לשמוע בקול שופר כי גם
הוא ישמע ויתעורר להתקרב יותר מקודם .ולזה נוסח הברכה הוא לשמוע קול שופר גם
להתוקע בעצמו כי עיקר המצוה גם להתוקע הוא רק השמיעה ,רק כי על כל פנים נצרך אחד
לתקוע אבל העיקר הוא להקשיב לקול התקיעה להתקהל ולהתאסף על ידי זה להקדושה
וכנזכר בתורה הקדושה סימן ענין התקיעה ובהקהיל את הקהל תתקעו (במדבר י ,ז).
-יב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
אונטער זיך צוויי גרופעס תלמידים ,און אלעמאל ווען די עלטערן פון די קינדער האבן
מיטגעשיקט מיט זיי עסן און טרינקען צו עסן אין חדר ,פלעגט דער לערער דאס אלעס
צונעמען פון די קינדער ,און ער פלעגט דאס אליין אויפעסן .איין גרופע קינדער זענען
געווען טיפשים ,און ווען זיי זענען אהיימגעקומען פון חדר און זייערע עלטערן האבן
זיי געפרעגט" :האסט געגעסן און געטרינקען?" האבן זיי געענטפערט" :יא" .אבער די
אנדערע גרופע זענען געווען קלוג ,און זיי האבן געטראכט ,וואס וועט זיין דער סוף
מיט אזא מהלך ,דעריבער האבן זיי אויסגעזאגט פאר זייערע עלטערן די גאנצע אמת:
"טאטע ,טאטע ,אזוי טוט דער מלמד צו אונז ,אלעס וואס דו שיקסט מיט ,עסט ער
אויף".
דער נמשל איז פארשטענדליך ,דער בעל דבר גנב'עט פון אונז אזויפיל גוטס ,און מיר
שטייען ווי טיפשים ,און דערציילן דאס נישט פאר אונזער טאטע אין הימל .דעריבער
לאמיר זען צו וויינען און שרייען צום מלך מלכי המלכים ,און זיך אויסרעדן מיט א
פארביטערט הארץ צום אויבערשטן ,און ער וועט זיכער רחמנות האבן אויף אונזז.
ז וזל"ק (תפארת עוזיאל לר"ה ד"ה אהובי) :למה אתם שותקים כי יש לנו עת לשבר הסטרא אחרא
ובמה בשופר ואם לא עכשיו אימתי ,בכן אחיי ורעיי אנחנו עומדים כמו הטפשים שזה
מעשה יצר הרע שהוא מכביד את לבנו שלא נוכל לבכות לפני הקדוש ברוך הוא ,כמו
המשל שהיה ריש דוכנא והיו לו ב' כיתות תלמידים כת אחת היו טפשים מה שהוריהם
היו שולחין להחדר מאכל ומשתה הריש דוכנא לוקח מעמם ואוכל ושותה וכשהתינוק
בא מבית החדר שואלים אותו אביו ואמו אכלת ושתית אומר הן אבל הכת חכמים
אומרים בלבם מה יהא בסופנו אומרים לאביהם אבי אבי כך וכך עשה לנו הריש דוכנא
מה שאתה שולח לנו הוא בעצמו אוכל ושותה ,והנמשל מובן מאליו ולכן נראה לבכות
ולזעוק אל המלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא בקול מר והוא בודאי ירחם עלינו
מהרה בימינו.
-יג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-ח-
וואס דארף מען אינזין האבן ביי 'תקיעת שופר'?
ִּּת ְקע ּו ַבח ֶֹד ׁש ׁשוֹ ָפר ַּב ֵּּכ ֶסה לְ יוֹ ם ַח ֵּ ּגנ ּוִּּ :כי חֹק
ְליִּ ְש ָר ֵּאל ה ּוא ִּמ ׁ ְש ּ ָפט לֵּ אל ֹ ֵּהי יַ ֲעקֹב (תהילים פא ,ג-ד)
איר זאלט בלאזן מיט א שופר אום ראש השנה ,ווייל דאס איז א געזעץ
פאר כלל ישראל ,א 'משפט' פאר דעם באשעפער פון די אידן
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע ערקלערט :עס זענען דא פילע טעמים אויף דער
מצוה פון 'תקיעת שופר' ,אזויווי דער טעם וואס חז"ל זאגן (ראש השנה טז ,).כדי צו
מעורר זיין דעם זכות פון דעם 'איל' וואס איז אריינגעכאפט געווארן מיט זיינע הערנער
בשעת די 'עקידה' פון יצחק .אבער די גמרא אליין איז ממשיך צו פרעגן 'פארוואס
בלאזט מען שופר אום ראש השנה?' און די גמרא וואונדערט זיך אויף דער שאלה:
'פארוואס מען בלאזט?! דער אויבערשטער האט געהייסן בלאזן!'
די טיפע כוונה דערפון איז ,אז דער עיקר כוונה וואס מיר דארפן אינזין האבן בשעת'ן
מקיים זיין אלע מצוות איז ,אז מיר טוען די מצוות וויבאלד דער אויבערשטער האט
אונז אזוי באפוילן .דאס איז די כוונה וואס מיר דארפן אינזין האבן ביי 'תקיעת שופר',
אז דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונז ,און דעריבער האט ער אונז
געגעבן עצות וויאזוי צו מכניע זיין די מקטריגים .כאטש וואס עס ווערן דערמאנט אן
א שיעור טעמים און כוונות אויף שופר אין די ווערטער פון די מקובלים און אין אלע
הייליגע ספרים ,איז אבער נישט דא גענוג צייט צו קענען אינזין האבן אלע כוונות פון
שופר ,דעריבער איז בעסער נישט אינזין צו האבן קיין שום כוונה ,נאר די פשוט'ע
-יד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
כוונה ,אז דער אויבערשטער האט אונז באפוילן צו בלאזן ,און אלע תיקונים וועלן
פאסירן פון זיך אליין.
ס'איז באקאנט ,אז די אויסדרוק 'חוק' נוצט מען אויף א זאך וואס האט נישט קיין שום
פארשטענדליכן טעם ,און די אויסדרוק 'משפט' קען מען אויך נוצן אויף א זאך וואס
דער טעם איז פארשטענדליך פאר אלעמען .לויט דעם פארשטייט מען דעם טעם
פארוואס דער פסוק דרוקט זיך אויס" :חֹק לְ יִּ ְש ָר ֵּאל ה ּוא ִּמ ׁ ְש ּ ָפט ֵּלאל ֹ ֵּהי יַ ֲעקֹב" ,ער
נוצט דאס ווארט 'חוק' לגבי די אידן ,און דאס ווארט 'משפט' לגבי דעם אויבערשטן,
ווייל מיר אידן ווייסן נישט דעם פנימיות און אלע טיפע טעמים פון שופר ,ביי אונז איז
דאס ווי א 'חוק' אן קיין טעם ,אבער ביים אויבערשטן איז דאס 'משפט' ,ווייל ער
ווייסט אלע טיפזיניגע טעמים פון דער מצוהח.
ח תפארת שלמה (ראש השנה) :או יאמר תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגנו כי חק לישראל
הוא משפט לאלהי יעקב .הנ"ל להבין מה שאצל ישראל הוא חק ואצל הבורא ב"ה הוא משפט
כדבר שיש בו טעם .אך באמת כי כמה טעמים נאמרו בשופר כמ"ש בגמ' כדי לזכור לכם
האיל שנעקד ונאחז בסבך בקרניו .ואמרו שם בגמ' למה תוקעין בשופר של איל ופריך בגמ'
למה תוקעין רחמנא אמר תקעו .ופרשתי בכוונתם דר"ל שעיקר כוונת כל המצות הוא בעבור
ששמו הגדול חק נתן לעשות את המצות וברחמיו על הבריות נתן עצות לנו לתקוע בשופר
לסתום פי המקטריגים .ואם באנו לכוון כוונת השופר המוזכרין במקובלים ובשאר ספרים
הקדושים לא יספיק הזמן לכן מוטב שלא לכוון רק כוונה זו רחמנא אמר תקעו וממילא כל
התיקונים נעשים ועולים לרצון לפניו .והנה ידוע דמלת חק נאמר על דבר שאין לו טעם.
ומשפט יתכן בדבר שטעמו ידוע ונגלה .ועד"ז יתפרש הכ' הנ"ל כי חק לישראל הוא אנו בנ"י
אין אנו יודעים עיקר הטעם ועומק סוד התקיעת שופר והוא אצלנו כחק בלא טעם אבל לגבי
הקב"ה הוא מלתא בטעמא והנסתרו' לאלהי יעקב.
-טו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-ט-
רבונו של עולם! באלייכט מיין נשמה!
דער הייליגער שער המלך זי"ע זאגט :דער זוהר חדש זאגט (פר' יתרו) ,אז יעדע נשמה
ווערט אנגעקליידעט אין א געוויסע אות פון די 22אותיות ,וואס די אות שיינט אריין
פאר די נשמה ,און באלייכט איר .אויב די אות שיינט חלילה נישט אריין אין די נשמה,
גייט די נשמה ארום עלנד און ווי אויסגעטון פון אירע קליידער ,וואס דאס איז א
געפערליכער צער פאר די נשמה .און יעדער מענטש דארף איינרייסן ביים
אויבערשטן ,אז ער זאל אים צוריקגעבן זיין אות וואס געהער צו זיין נשמה ,און דאס
זאל אים באלייכטן.
דאס איז געווען די כוונה פון דוד המלך מיט זיין בקשה (תהילים כז ,ד)ַ " :א ַחת ׁ ָש ַא ְל ִּּתי
ֵּמ ֵּאת ה' אוֹ ָת ּה ֲא ַב ֵּּק ׁש" ,אז ער בעט פונעם אויבערשטן "אחת" ,דאס איז מרמז אויף
זיין נשמה" ,אותה אבקש" – ער איז מתפלל אז מען זאל אים געבן די אות וואס
געהער צו זיין נשמה ,כדי דאס זאל באלייכטן און באשיינען זיין נשמה ,און זיין נשמה
זאל זיך קענען אנקליידן דעריןט.
ט וזל"ק (שער המלך ,שער ג ,פרק חמישי) :יבקשו הרחמים וישאלו האות לטובה דכתיב שאל לך אות
מעם ה' אלהיך העמק שאלה או הגבה למעלה ,ופירושו עפ"י מה שהבאתי לעיל בפרק א' מן
השער הראשון בשם הזוהר חדש פ' יתרו דכל נשמתא ונשמתא מתלבשית באות אחת המאיר
ומנהיר לה ובאם לאו אזלת ערטילאי וצריך כל אדם לבקש רחמים שיוחזר לו האות לטובה
וינהיר לו והבאתי שם דקא רמיז דוד המלך ע"ה אחת שאלתי מאת ה' היא נשמתי אותה
אבקש דייקא שיתן לה האות שלה דתתלבש בו.
-טז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-י-
דער ריכטיגער וועג וויאזוי תשובה צו טון ראש השנה
דער הייליגער צאנזער רב זי"ע שרייבט :ראש השנה איז דער צייט וואס דעמאלטס
קומט איז געווען דער שורש פון די וועלט-באשאף .און דאס שפילט זיך אויך אפ
יעדעס יאר ,אז אלעס וואס וועט פאסירן במשך דעם גאנצן יאר ווערט פונקטליך
אנגעשריבן אום ראש השנה ,ווייל דאס איז דער שורש פון דער באשאף פון דעם יאר,
וואס דורכדעם וועט 'געבוירן' ווערן אלעס וואס וועט זיך אפשפילן אין דעם יאר.
ס'איז באקאנט ,אז ראש השנה טאר מען נישט דערמאנען קיין שום עבירה חס ושלום,
ווייל דער אויבערשטער משפ'ט דעמאלטס די גאנצע וועלט מיט 'מידת הדין',
דעריבער טאר מען נישט מעורר זיין קיין עבירות ,כדי נישט צו גורם זיין קטרוגים
חלילה ,אבער פון דער אנדערע זייט דארף מען דאך תשובה טון אויף די עבירות ,כדי
מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר ,ווייל די גאנצע יאר איז דאך אנגעהאנגען
אין ראש השנה.
די עצה דערויף איז ,לויט ווי איך האב געהערט פון מיין הייליגן רבי'ן דער ראפשיצער
רב זי"ע ,אז ס'איז נישט מעגליך ,אז דער אויבערשטער זאל קוקן אויף די שלעכטס
וואס אידן טוען ,ווייל עס ווערט דאך געברענגט אין ספרים ,אז אפילו די הייליגע
עולמות עליונים וואס מען דערמאנט דארט דעם נאמען פון דער עבירה ,דארף מען
עטליכע מאל טובל'ען די עולמות ,כדי זיי צו רייניגן פון די שמוציגע לופט וואס איז
געווארן דורכדעם וואס מען האט דערמאנט דארט די עבירה ,אויב אזוי איז זיכער ,אז
דער אויבערשטער וואס איז דער שורש פון קדושה וטהרה – קען זיין נאמען נישט
-יז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
רוען אויף שלעכטס חס ושלום ,און ס'קען נישט זיין אז די מקטריגים דערמאנען פאר
אים אונזערע עבירות.
דער איינציגסטער וועג וויאזוי די מקטרגים זענען מקטרג פארן אויבערשטן אויף א
מענטש איז ,אז זיי דערמאנען פאר אים ,אז דער זינדיגער דארף תשובה טון אויף דער
עבירה ,און ער דארף פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען ,וואס דער ענין פון
תשובה אויף די עבירות – איז יא א הייליגער ענין ,ווייל ס'איז באקאנט (ליקוטי תורה,
פר' עקב) ,אז אין יעדער גשמיות'דיגער זאך פון דער וועלט ,געפינט זיך א הייליגער
'ניצוץ' ,דאס איז א רוחניות'דיגע ליכטיגקייט ,וואס דאס געבט דער חיות פאר דעם
זאך ,און אן דעם קען דאס נישט האבן קיין שום קיום .אפילו אין אן עבירה געפינט זיך
א הייליגער 'ניצוץ' ,די רוחניות'דיגע 'ניצוץ' איז :די תשובה וואס דער מענטש וועט
תשובה טון אויף די עבירה ,דאס איז א הייליגער 'ניצוץ' און א חלק פון קדושה וואס
וועט ארויסקומען דוקא פון די עבירה .למשל ,אויב זיין תשובה איז ,צו פאסטן 84
תעניתים ,וועלן אסאך הייליגע 'ניצוצים' ארויפגיין צו די קדושה ,דורך זיינע תעניתים,
און עס וועט ווערן הייליגע 'צירופים'.
אט דאס איז דער קטרוג אויפן מענטש אויבן .ווייל זיי זענען מקטרג פארן אויבערשטן,
אז דער מענטש האט א פליכט צו מתקן זיין די אלע הייליגע 'ניצוצים' וואס ליגן אין
די עבירה .קומט אויס אז מען דערמאנט נישט פארן אויבערשטן די טמא'נע עבירה
אליין חלילה ,נאר די הייליגע 'ניצוצים' וואס דער מענטש דארף מתקן זיין.
לויט דעם יסוד זאגט דער ראפשיצער רב ,אז ס'איז ריכטיג ,אז איינער וואס האט
געטון עבירות ,און ער ווייסט וואס ער דארף פאררעכטן ,זאל ער זאגן" :רבונו של
עולם ,ס'ליגט אויף מיר צו פאררעכטן אסאך תעניתים וואס זענען מרמז אויף
-יח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
פארשידענע הייליגע שמות וואס דארפן פארראכטן ווערן דורך מיר ,איך בין מקבל
אויף מיר דאס צו מתקן זיין".
דאס קען מען זאגן אויך אום ראש השנה ,און ווען מען זאגט דאס האט מען פארדינט
ביידע ,ווייל פון איין זייט האט מען נישט דערמאנט קיין עבירות ,און ווי אויך האט
מען געטון א ריכטיגע תשובה ,און דורכדעם איז מען מבטל אלע מקטריגים און מען
איז זוכה צו א ליכטיגע געבענטשטע יארי.
י וזל"ק (דברי חיים ,לראש השנה ,דף ה ע"ב) :בפסוק תקעו בחודש שופר (תהלים פא ד) ,דהנה ידוע (ר"ה
ח ).שבראש השנה נברא העולם ולפי דרך האר"י זצ"ל היינו רק בדרך הריון ,ולזה המצוה
בתקיעה שהוא רק הבל הנופח בהשופר שהוא נגד הדיבור כמו הריון נגד לידה ,שבדיבור יש
גם כן הבל ונתוסף צרופי מוצאות הפה להוליד התיבה לאומרה אבל תקיעה הוא רק הבל
כמו הריון שלא נגמר עדיין התיבה .והנה ידוע שבעת ההריון שהוא ההתחלה מהתהוות הולד
נגזר עליו כל מאורעיו בימי חייו כמבואר בגמרא (נדה טז ):ומדרשים (תנחומא פקודי ג) שנגזר על
הטפה אם חכם ,וגם בת פלוני לפלוני שדה פלוני לפלוני (מו"ק יח :סוטה ב .).ולכן כמו כן נגזר
בראש השנה כל השנה כולה מפני שהוא תחלת התהוות השנה ומגיד מראשית אחרית וסוף
מעשה במחשבה תחלה .והנה ידוע שבראש השנה אין להזכיר שום חטא ח"ו כי המלך יושב
על כסא דין אין לעורר החטא ח"ו אך אף על פי כן הלא צריך לשוב מחטאיו .אך העיקר הוא
כפי ששמעתי ממורי הקדוש מהר"נ זצלה"ה שאמר כי באמת הקב"ה טהור עינים מראות ברע
(חבקוק א יג) ואינו מסתכל על הרע ח"ו דמבואר בספרים הקדושים דאפילו העולמות העליונים
שמכריזים בו החטא טובלים כמה פעמים לטהר מהבל שנזכר בם החטא ומכל שכן הקב"ה
וב"ש שאינו מייחד שמו על הרע ח"ו (ב"ר ג ו) ורק שמה הקטרוג לפניו יתעלה שנתעורר אותו
החוטא חלק התשובה שידוע שבכל עניני עולם יש איזה ניצוץ קדוש שבלתי ניצוץ קדוש אי
אפשר להיות ובעבירה הניצוץ קדוש הוא שיתעלה על ידי תשובה שיעשה האדם ולכן הקטרוג
למעלה זה החוטא יתקן כמה ניצוצות קדושות .על דרך משל שתשובתו הוא להתענות פ"ד
תעניות ובודאי אם מתענה כראוי יתעלו כמה ניצוצות קדושות ויצרפו צירופי שמות הקדושים
-יט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-יא -
דער באשעפער איז אויף אונזער זייט!
מען זאגט אין די סליחות 'נצחו מקווים' [מיר האפן צו דעם אייביגקייט פונעם
באשעפער] .דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע טייטשט' :נצח' איז א לשון פון באזיגן,
און די כוונה איז ,אז מיר האפן און קוקן ארויס ,אז דער אויבערשטער זאל ארויסגיין
דער זיגער ,ווייל ער האט דאך אונז אויסגעוועלט פאר א פאלק ,אויב אזוי ,קומט אויס,
אז ווען איינער איז מקטרג אויף אונז ,ווערט דאס פאררעכנט כאילו ער זאגט פארן
אויבערשטן ,אז ער האט נישט געטון גוט מיטן אונז אויסוועלן פאר זיין פאלק ,און
דאס איז ווי ער שלאגט זיך מיטן אויבערשטן .דעריבער האפן מיר ,אז דער
אויבערשטער וועט יא באזיגן און ער וועט זיך אננעמען פאר זיין 'נצחון' ,און פארשטילן
אלע מקטרגיםיא.
כפי שמבואר בכתבי האר"י ז"ל על תיקון התשובה וזה הוא הקטרוג למעלה .ואמר מורי הנ"ל
שזה נכון שהחוטא שיודע מה שצריך לתקן יאמר רבונו של עולם עלי לתקן כמה תעניתים
אשר מרמזים לשמות הקדושים שיתקנו על ידי ,הנני מקבל עלי לתקנם כן הוא דבריו ז"ל
ודפח"ח .וי"ל דזה כוונת הכתוב תקעו בחדש היינו בהתחדשות שנגזר בראש השנה לפי
מעשה בני אדם כל השנה שעבר יחבר להתחדשות הזה מלשון (יבמות נד ).נתקע ביבמתו,
והחיבור יהיה תשובה דלעילא שמכונה שופר ,שופרי דכולה נהירו דכולה כמבואר בזוה"ק.
וזה יתקע ויחבר בחדש בההתחדשות בכסה ,היינו שיהיה החטא מוכסה ונעלם רק מעשה
התשובה יתגלה עד ליום חגנו דאז הוא ראשון לחשבון עונותינו דאז חופף עלינו קדושה
דלעילא ואז נהפכו מעונות לזכיות כמבואר בזוה"ק (ויחי רכ.):
יא וזל"ק (זרע קודש ,לראש השנה) :לנצחו מקווים שהוא ית"ש ינצח כי כיון שבחר אותנו לו לעם
בוודאי כשאחד יקטרג עלינו הרי כביכול כאילו אמר לו ית"ש שלא טוב בחר ולא טוב עשה.
-כ-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-יב -
דער אויבערשטער זעט בלויז די גוטס פון כלל ישראל!
מיר זאגן ביי 'ונתנה תוקף' ,אז דער אויבערשטער איז א 'דיין ומוכיח ויודע ועד' [ער
איז א דיין וואס משפ'ט ,ער ווייזט אויף דעם אמת ,ער ווייסט אלעס ,און ער איז דער
עדות אויף אלעס וואס דער מענטש האט געטון] .דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע
שרייבט :די ווערטער 'דיין' און 'עד' זענען מרמז על-פי קבלה אויף דעם ענין פון 'בטחון'
(זע אינעווייניג) ,ווייל דורכדעם וואס דער אויבערשטער איז אונזער דיין און אונזער
עדות ,ער אליין פירט אונזער משפט ,דורכדעם האבן מיר א 'בטחון' אז מיר וועלן
ארויסקומען מיט א גוטער משפט ,ווייל דער אויבערשטער זעט בלויז די מצוות און די
גוטס פון כלל ישראל ,און ער קוקט נישט אויף די שלעכטסיב.
-יג -
פארגעס נישט! דו ביסט אין א מלחמה!
הגה"צ רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל [משגיח ד'מיר] זאגט :יעדער איד וואלט
באמת געדארפט ציטערן און זיך זארגן אויף דעם פארכטיגן טאג ראש השנה,
יב וזל"ק (זרע קודש ,לראש השנה) :אמת כו' דיין ומוכיח ויודע ועד .עד גי' שם הבטחון כמ"ש האר"י
ז"ל ששם הבטחון הוא שם אכדט"ם גי' עד ועה"כ גי' בטחון וכן דיין גי' שם הנ"ל ועד עה"כ
וכן דיין עה"כ גי' בטחון שע"ז יש לנו בטחון שית"ש דיין ומוכיח ויודע ועד והוא רואה רק
מצות בישראל כי מעלים עין מסוררים.
-כא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
נאר דער יצר הרע לייגט אריין כוחות צו מאכן פארגעסן פונעם מענטש די אלע
וויכטיגע ידיעות וואס זאלן אים אויפטרייסלען זיין הארץ.
דער הייליגער חובת הלבבות דרוקט זיך אויס אויפן יצר הרע (שער ייחוד המעשה
פ"ה)" :דער גרעסטער שונא וואס דו האסט אויף דער וועלט ,ער איז אריינגעגאסן
אין די כוחות פון דיין נפש ,ער איז אויסגעמישט מיט דיין נאטור ,און ער איז א
שותף מיט דיינע אלע געפילן און חושים ,ער איז באקאנט אין די טיפענישן פון
דיין נפש ,און אין דיינע סודות ,ער איז דיין עצה-געבער אויף אלע דיינע
באוועגונגען ,אפענע און באהאלטענע ,אז דו זאלסט זיך פירן לויט דעם רצון פון
דער וואס לאקערט אויף דיר" ,אט דער מאנסטער שונא בארואיגט דעם מענטש,
ער שטילט אים אפ אז ער זאל נישט אזוי ציטערן פון ראש השנה ,דעריבער
דערפן מיר שטיין אויף די וואך ,און זיך חזר'ן שטענדיג ,אז מיר שטייען פאר א
פארכטיגן משפט ,וואס אלע מעשים וועלן ארויפקומען ביים אויבערשטן ,און ער
וועט משפט'ן אויף יעדן פרט ,און אזוי ווייטער .נאר ווען מיר וועלן זיך מתבונן
זיין דערין ,און מלחמה האלטן קעגן דעם יצר הרע ,וועלן מיר אים קענען
בייקומען.
אזוי איז געווען דער סדר פון אלע פריערדיגע גדולים צו שטיין אויפן פראנט און
מלחמה האלטן קעגן דעם יצר ,אן אפשטעל .איך געדענק ,אז דער חפץ חיים
זצ"ל האט געהאט א זון ,וואס איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און דער חפץ
חיים האט אים שטארק ליב געהאט ,און דער זון איז אוועק ל"ע ,האט דער
חפץ חיים זיך דאן אויסגעדרוקט קעגן דעם יצר הרע" :מיר וועסטו נישט בייקומען
מיט דעם" .ווייל א אדם גדול איז שטענדיג וואך ,און ער רוהט נישט קיין
-כב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
סעקונדע ,כדי דער יצר הרע זאל אים קיינמאל נישט קענען מנצח זיין .דאס
דארף זיין אונזער עבודה בעפאר ראש השנה ,זיך צו חזר'ן די יסודות פון דעם
'משפט' וואס שטייט פאר אונז ,צו געדענקען אז אלעס איז יעצט אין א סכנה
פון דעם 'יום הדין' ,סיי די גשמיות און סיי די רוחניות ,זענען יעצט אויפן
וואגשאל ,צי מיר וועלן זוכה זיין צו א סייעתא דשמיא במשך דעם גאנצן
קומענדיגן יאריג.
יג אור יחזקאל (ימים נוראים ,עמ' רטו) :וא"כ הלא ודאי שהיינו חייבים לירא ולחשוש מאימתו
של ראש השנה ,אלא ע"כ כמש"נ שהיצה"ר משכח מאתנו את הידיעות וההבנות
האלו ,ומעתה הלא פשוט מה שהחוה"ל קורא ליצה"ר "השונא הגדול שיש לך בעולם
הנמסך בכוחות נפשך והמעורב במזג רוחך והמשתתף עמך בהנהגת חושיך הגופניים
והרוחניים המושל בסודות נפשך וצפון חובך בעל עצתך בכל תנועותיך הנראות
והנסתרות שתהיינה ברצונך האורב לפתות פסיעותיך וכו"' ועיי"ש בשער יחוד המעשה.
ולכן השונא הגדול מרגיע ומשקיט את האדם שלא יירא ולא יפחד מראש השנה
ומשו"ה מחוייבים אנו לעמוד על המשמר ולשנן לעצמנו תמיד שעומדים אנו בפני
משפט איום ונורא ומי לא נפקד כהיום הזה כי זכר כל היצור לפניך בא מעשה איש
ופקודתו וכו' ורק כאשר נתבונן ונלחם כנגד היצה"ר נוכל לנצחו .וכך היה דרכם של
כל הגדולים להתמיד להלחם ולהתריס כנגד היצה"ר .זכורני שהחפץ חיים זצ"ל בשעת
פטירת בנו שהיה ת"ח גדול ואהוב מאד על אביו אמר כלפי היצה"ר אותי לא תנצח
בזה כי האדם הגדול עומד על המשמר ולא נח ושקט אף לרגע כדי שלא יוכל היצה"ר
לנצחו וזו חייבת להיות עבודתנו לקראת ראש השנה לחזור ולשנן את יסודות המשפט
שהכל עומד בסכנת יום הדין ואף הגשמיות והרוחניות עומדים במשפט האם נזכה
לעזר ד' ולסייעתא דשמיא.
-כג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
-יד -
די עצה אפצושטילן אלע מקטרגים – טון מצוות אן קיין טעם
ִּּת ְקע ּו ַבח ֶֹד ׁש ׁשוֹ ָפר ַּב ֶּכ ֶסה לְ יוֹ ם ַח ֵּ ּגנ ּוִּּ :כי חֹק
ְליִּ ְש ָר ֵּאל ה ּוא ִּמ ׁ ְש ּ ָפט לֵּ אל ֹ ֵּהי יַ ֲעקֹב (תהילים פא ,ג-ד)
איר זאלט בלאזן מיט א שופר אין דעם טאג וואס די לבנה איז
באהאלטן [ראש חודש] ,אום ראש השנה ,ווייל דאס איז א געזעץ
פאר כלל ישראל ,א 'משפט' פאר דעם באשעפער פון די אידן
הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע ערקלערט :חז"ל זאגן (ראש השנה טז ,).אז די
וועלט ווערט גע'משפ'ט פיר מאל א יאר; פסח אויף די תבואה; שבועות אויף די פירות
פון די ביימער; סוכות אויף די וואסער; און ראש השנה גייען אלע מענטשן אריבער
פארן אויבערשטן ווי שעף.
די גמרא ערק לערט ,אז דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט באפוילן צו
ברענגען דעם מנחה פונעם 'עומר' אין פסח איז ,וויבאלד דאן ווערט מען גע'משפ'ט
אויף די תבואה ,און אין דעם זכות וואס מען ברענגט א קרבן פון די תבואה וועט די
תבואה געבענטשט ווערן .און דער טעם פארוואס שבועות ברענגט מען 'שתי הלחם'
פאר א קרבן איז ,כדי אין דעם זכות זאלן די פירות געבענטשט ווערן ,און דער טעם
פארוואס סוכות דארף מען מאכן 'ניסוך המים' איז ,כדי אין דעם זכות זאל מען
געבענטשט ווערן מיט די וואסער.
אויב אזוי דארף מען פארשטיין ,לכאורה אום ראש השנה האט דער אויבערשטער
געהייסן בלאזן שופר ,און אויף דעם איז נישט פארשטענדליך דער טעם ,פארוואס
דורכן בלאזן שופר ,וועלן די מענטשן מצליח זיין ביים יום הדין.
-כד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
נאר די טיפע כוונה דערפון איז ,ווייל עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים ,אז
די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן אסאך מצוות וואס זענען ווי
א 'חוק' אן קיין טעם ,איז ווייל דורכדעם וועט זיך דער אויבערשטער פירן מיט אונז
מידה כנגד מידה ,און ווען די מקטריגים וועלן פרעגן דעם אויבערשטן ,פארוואס ער
מאכט ניסים מיט די אידן ,כאטש זיי זינדיגן ,וועט זיי דער אויבערשטער ענטפערן ,אז
פונקט ווי זיי זענען מקיים מיינע מצוות אן קיין טעם ,מאך איך אויך נסים און ישועות
פאר זיי אן קיין טעם .קומט אויס ,אז דוקא דורכדעם וואס מיר בלאזן שופר אן צו
פארשטיין דעם טעם ,דאס איז גורם אז מיר זאלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
"ת ְקע ּו ַבח ֶֹד ׁש ׁשוֹ ָפר" -איר זאלט בלאזן שופר אום
דאס איז מרומז אין דעם פסוקִּּ :
"ב ֶּכ ֶסה" – דער טעם דערפון איז באהאלטן ,אנדערש ווי אנדערע ימים
ראש השנהַּ ,
טובים ,וואס מען ווייסט דעם טעם פון דער מצוה .די סיבה פארוואס דער טעם איז
"כי חֹק לְ יִּ ְש ָר ֵּאל ה ּוא" – ווייל אויב די אידן זענען מקיים די מצוות ווי
באהאלטן ,איזִּּ :
"מ ׁ ְש ּ ָפט לֵּ אלֹ ֵּהי יַ ֲעקֹב" – וועט דער אויבערשטער קענען פסק'ענען אונזער
א 'חוק'ִּ ,
משפט גוט ,און די מקטריגים וועלן נישט קענען מקטרג זייןיד.
וזל"ק (אך פרי תבואה ,דרוש לראש השנה בסופו) :עוד על הפסוק הנ"ל ,דהנה אמרו יד
בארבעה פרקים העולם נידון בפסח על התבואה בעצרת על (ר"ה טז) חז"ל
פירות האילן ובחג נידונים על המים ובראש השנה כל בני עולם עוברים לפניו
מפני מה אמרה (שם) כבני מרוןף ,והנה גם כן אמרו חכמינו זכרונם לברכה
תורה מצות עומר בפסח מפני שנידונים על התבואה כדי שאברך לכם התבואה
ובעצרת על הלחם מפני שנידונים על פירות האילן ובחג מפני שנידונים על
המים לכן צוה השם יתברך על ניסוך המים והנה בראש השנה צוה השם
יתברך לתקוע בשופר והנה בזה לא יובן הטעם למה בשופר האיך שייך זה
-כה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
ראש השנה
תקעו (תהלים פא ד) לעוברים לפניו כבני מרון וזה שאמר דוד עליו השלום
כחודש שופר בכסה ליום חגינו דהיינו הטעם נתכסה למה ביום זה בשופר לא
כדרך חג האחר שיודעים הטעם של המצוה .אמנם ניחא משום דמבואר בספרים
הקדושים דלכן נתן השם יתברך חוקים לישראל בלא טעם כיון שהם מקיימין
החוקים אף שאומות משיבים עליהם מה טעם יש בזה גם כן השי"ת מתנהג
עם ישראל מדה במדה שאם המקטריגים למעלה שואלים למה השי"ת עושה
נסים עם ישראל מה נשתנו אלו מאלו השיב להם השי"ת כמו שהם עושים
בדרך חוקה כן השי"ת עושה זאת בדרך חוקה וזה כי חק לישראל הוא אם
ישראל מקיימין חוקי התורה אז הוא משפט לאלקי יעקב דהיינו השי"ת זוכה
ע"פ משפט לזכות את ישראל ודו"ק.
-כו -
