יסודי הדת - יו"ט - אידיש · Yesoidei Hadas - Yom Tov - Yiddish — ראש השנה (2026-09-07)

בס''ד
בלתי מוגה
פערזענליכע ר''ה שמועס...
ראש השנה האט פילע עבודות — אבער וואס איז דער ציל פון זיי אלע?
וואס איז ראש השנה?
מען קען אויף דעם אסאך מאריך זיין .ראש השנה איז דער יום פון תקיעת שופר; מען זאגט מלכיות,
זכרונות און שופרות; מען איז ממליך דעם אייבערשטן אלס מלך; מען דאוונט לאנגע תפילות און מען
איז עוסק אין פילע עבודות.
מצד שני אין געוויסע מקומות האט מען יא מקצר געווען אין דעם דאווענען.
שטעלט זיך די פראגע :וואס איז דער עיקר? וואס וויל מען באמת אויפטון מיט דער גאנצער עבודה פון
ראש השנה?
דער ענטפער איז ,אז אין איר טיפסטן נקודה איז ראש השנה איין זאך:
וויפיל איז דיין הארץ ביים אייבערשטן?!
וויפיל ביזטו מכיר ,בפנימיות לבך ,אז דו ביסט אינגאנצן תלוי אינעם רבונו של עולם? וויפיל שפירסטו
באמת אז ער איז דיין מלך ,ער איז דיין בורא ,און אלעס וואס דו ביסט און אלעס וואס דו האסט איז פון
אים דו ביזט בסך הכל א נברא.
דאס איז דער פנימיות פון ראש השנה.1
דער מענטש זאל אנקומען אינעווייניג צו א פלאץ וואו ער איז באמת מכיר ,טיף אין הארץ:
דער אייבערשטער איז אלעס .דער אייבערשטער איז די זאך.
דער ציל איז א הכרה אין הארץ — און א הכרה אין הארץ קען מען נישט באשטעלן
אט די הכרה קען מען נישט פשוט באשליסן צו האבן.
מען קען זיך נישט זאגן" :יעצט איז ראש השנה ,יעצט וועל איך שפירן אז דער אייבערשטער איז מיין
מלך".
1ראש השנה ט''ז ע''א אמרו לפני בר''ה מלכיות ...כדי שתמליכוני עליכים...
1
ווייל דאס איז נישט בלויז א מחשבה וואס מען פארשטייט מיט'ן שכל .דאס איז א הרגש ,א געפיל ,א
פנימיות'דיגע הכרה .און כדי א געפיל זאל זיך אנטוויקלען ,דארף מען ארבעטן דערויף און מח און אין
הארץ וידעת היום והשבות אל לבביך.2
דערפאר האבן מיר א גאנצן חודש אלול .דערפאר זענען דא סליחות .דערפאר דאוונט מען אזויפיל
ראש השנה .דערפאר קומען נאכדעם די עשרת ימי תשובה און יום כיפור.
אבער דא ליגט א וויכטיגע נקודה :מען קען אנקוקן די אלע טעג זענען בלויז ווי א רייע פון חיובים און
שיעבודים פון "מען דארף נאך טון".
אלול — דארף מען צולייגן תהלים.
סליחות — דארף מען אויפשטיין און זאגן.
ראש השנה — דארף מען לאנג דאווענען.
עשרת ימי תשובה — דארף מען נאך מער ארבעטן.
און געוויסע קענען שפירן ווי כאילו עס איז פרעשור...
אבער די אמת איז ניין .דער פנימיות איז פונקט פארקערט.
דערפאר זענען דא אזויפיל עבודות — נישט יעדע איינע דארף אויפטון אלעס
לאמיר נעמען א משל.
ווען א זאך איז שטארק פארשמירט ,גיסט מען דערויף וואסער — נאך וואסער ,און נאך וואסער ,און
נאכאמאל וואסער.
מיינט דאס אז יעדע איינציגע טראפ האט באזונדער אפגעוואשן דעם גאנצן שמוץ? ניין.
אבער ווען מען גיסט און גיסט ,ווערט דער גאנצער חפץ צוביסלעך אויסגעוואשן.
די זעלבע זאך איז מיט דער עבודה פון אלול און די ימים נוראים.
מען זאגט נאכאמאל סליחות ,און נאכאמאל סליחות .מען דאוונט נאך א תפילה און נאך א תפילה .מען
זאגט נאך א קאפיטל תהלים ,מען הערט נאך א תקיעת שופר ,מען זאגט נאך אמאל מלכיות ,זכרונות
און שופרות.
דו דארפסט נישט ביי יעדע סליחות עקסטער שפירן א געוואלדיגע התעוררות .דו דארפסט נישט ביי
יעדן ווארט פון דאווענען שפירן אז יעצט האט זיך דיין גאנצע פנימיות איבערגעדרייט.
די אלע עבודות ארבעטן אינאיינעם.3
2דברים ד' ל''ט ושם ל''ב ע''ב ,רי''ף שם פרק ד.
2
מען גיסט און מען גיסט ,מען ארבעט און מען ארבעט — מיט דער האפענונג אז ערגעץ וואו ,אין
איינעם פון די טעג פון אלול און תשרי ,וועט זיך עפענען אינעם הארץ א פינטעלע:
דער רבונו של עולם איז מלך .ער איז דער בורא ,און איך בין דער נברא .איך בין זיינס.4
און פאר יענעם איין אמת'ן רגע האט זיך די גאנצע עבודה געלוינט.
און יענער איין רגע קען קומען דוקא ווען דער מענטש שפירט אז ער האט נישט
מצליח געווען
דא קומט אבער נאך א טיפערע נקודה.
א מענטש ווייסט קיינמאל נישט וועלכער חלק פון דער עבודה וועט אים ברענגען צו אט די פלאץ.
אמאל זעט זיך א מענטש אין די טעג פון אלול אדער אין די ימים נוראים ,און ער שפירט אז ער איז בכלל
נישט צוגעגרייט ווי עס דארף צו זיין.
זיין דאווענען איז נישט ווי ער האט געוואלט .די סליחות זענען נישט ווי עס דארף צו זיין .ער האט נישט
אויסגענוצט אלול ווי ער האט זיך פארגעשטעלט.
און דוקא די זאכן וואס האבן אים געדארפט צוגרייטן צום ראש השנה — דארט שפירט ער זיך שוואך.
קען ער טראכטן" :איך האב פארפאסט די גאנצע עבודה".
אבער עס קען זיין פונקט פארקערט .עס קען זיין אז דער צער אליין איז א חלק פון דער עבודה.
פארוואס טוט דיר וויי אז דו האסט נישט געטון וואס דו האסט געדארפט?
ווייל ערגעץ טיף אין דיר שפירסטו:
דער רבונו של עולם איז מיין מלך .איך האב א שיעבוד צו אים .עס גייט מיר אן וויאזוי איך שטיי פאר
אים.
קומט אויס ,אז דורך דעם צער אליין ביסטו שוין אנגעקומען צו דער זעלבער נקודה צו וועלכער די
גאנצע עבודה האט דיר געוואלט ברענגען.5
3ר''ה ל''ב ע''ב שמע ישראל ה''א ה' אחד מלכות דברי ר' יוסי ...אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו מלכות דברי ר' יוסי
וברבינו חננאל שם וקי''ל כר' יוסי וכ''ה ברא''ש שם עי''ש וכן הוא ברמב''ם הל' שופר פרק ג :שמע ישראל ה''א ה' אחד ...וידעת היום והשבת
והשבת אל לבבך ...כל פסוק מאלו מלכות הוא ענינו אף על פי שאין בו זכר מלכות
4אור המאיר לר''ה :שעיקר כוונתינו עתה בראש השנה בתפלה וקול השופר ...להמליך עלינו מחדש ביתרון שאת ,וכמאמרם ז״ל אמרו לפני
מלכיות כדי שתמליכוני עליכם ...במה ניכר שלימות מלכותו עלינו ,כי אם בהיות שאנו מתנהגים את עצמנו בנעימות מדותיו הקדושים ,וזה כל
השנה“ . .והעיקר עתה מצות הקבלה בלב ...שאנו מקבלין עתה עלינו עול מלכותו יתברך ..עיקר תיקון וקישוט קומתה בשלימות ,בהיות ישראל
נותנים לבם ורוחם ונפשם להכניס את עוצם הכרתם והשגתם לידי עובדות“ .....כולם יודעים שיש בורא ומנהיג ומשגיח ,ועם כל זה מעשיהם
היפך הדעת ...ואינם יכולין להכניס הדעת במדות ....והוסיף שם שבמשך כל השנה -שאז מכניסין את בחינת הדעת שקבלו על עצמם בר״ה
לידי עובדא“ ... .משכילים לעשות מלאכתם אפילו בארציות וגשמיות ...ואינם מפרידים פנימיות מחשבתם מרוממותו יתברך אפילו כמעט
רגע“.
3
ווייל נישט דער מצב ברענגט די הכרה — נאר וואס דער מצב וועקט אויף אין
הארץ
און דערפאר ווייסט א מענטש קיינמאל נישט ווען יענער רגע וועט קומען.
עס קען אפילו זיין ווען דו פארסט אין קאר ...דו האלסט אינמיטן די ארבייט ...דו לייגסט זיך שלאפן...
לאמיר זאגן ,דו האסט איין טאג פארשפעטיגט סליחות און למעשה נישט געזאגט סליחות .נישט אז
מען דארף פארפאסן סליחות ,און נישט אז מען מעג פארפאסן סליחות .אבער למעשה — עס האט
פאסירט.
אין איינע פון אט די מאמענטן אין טאג פלוצלינג כאפט דיר א מחשבה:
"רבונו של עולם ...עס טוט מיר וויי .דו ביסט דאך מיין מלך .איך האב דאך א שיעבוד צו דיר .וויאזוי האב
איך געקענט אזוי פארפאסן?"
קען זיין אז דוקא אין יענער מינוט ביסטו אנגעקומען צו דעם פלאץ.
ווייל אין יענעם רגע האסטו נישט בלויז געזאגט אז דער רבונו של עולם איז מלך — דו האסט עס
געשפירט.
דו האסט באמת מכיר געווען :איך בין א נברא ,ער איז דער בורא .איך בין זיינס ,און ער איז מיין מלך.
און דאס איז דאך געווען דער תפקיד פון דער גאנצער עבודה.
דו האסט געוואלט דורך די עבודה פון סליחות אנקומען צו די הכרה :איך בין א נברא דער רבונו של
עולם איז דער מלך און מיין גאנצ מציאות איז אנגעוואנדן אין אים.
למעשה האסטו נישט מצליח געווען .האסט פארפסט סליחות אבער דוקא דער דורכפאל האט דיר
געשטעלט פנים אל פנים מיט אט דעם אמת וואס דו האסט פריער בלויז 'נאר געוואוסט' :איך בין
נישט דער בעל הבית אפילו ווען איך וויל קען איך נישט אליין .איך בין דער נברא און דער באשעפער
איז דער בורא דער מלך מיין גאנצע קיום.
דער יסוד ערקלערט אויך פארוואס הקב״ה האט אונז געגעבן אזויפיל מצוות
מיט דעם איז דער רמב''ם 6מסביר דעם מאמר חז״ל:7
5תניא ליקוטי אמרים פ''ז...הואיל ועי''ז בא לאהבה רבה זו
מהר''ל נצח ישראל פרק י''ג כל אשר הוא עלול יש בו הפנילה מצד עצמו רק הקמתו מצד העלה אבל מצד עצמו יש לו נפילה ואין הקמתו רק
מצד השם יתברך שהוא העלה ...העלול תלוי בעלה יתברך ומצדו – הקמתו
6פ' המשניות מכות פ''ג מט''ז :מעיקרי האמונה בתורה כי כשקיים אדם מצוה מתרי״ג מצות כראוי וכהוגן ...אלא שיעשה אותה לשמה
מאהבה ...הנה זכה בה לחיי העולם הבא „...ועל זה אמר רבי חנניא ,כי המצות בהיותם הרבה ,אי אפשר שלא יעשה אדם בחייו אחת מהם על
מתכונתה ושלימותה ,ובעשותו אותה המצוה תחיה נפשו באותו מעשה.
4
"רבי חנניא בן עקשיא אומר :רצה הקדוש ברוך הוא לזכות את ישראל ,לפיכך הרבה להם תורה
ומצוות".
לכאורה קען מען פרעגן :אויב עס זענען דא אזויפיל מצוות ,האט דאך א מענטש לכאורה מער
געלעגנהייטן דורכצופאלן .פארוואס הייסט דאס "לזכות את ישראל"?
נאר דורכדעם וואס א מענטש טוט במשך זיין לעבן אזויפיל מצוות און מעשים טובים איז נישט מעגליך
ער זאל נישט ערגעץ וואו אנקומען צו א קלארע הכרה אין מציאות השם.
און אט די הכרה איז דאך דער תכלית.
זאגט דער רמב''ם דאס איז די כוונה "לפיכך הרבה להם תורה ומצוות":
דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אסאך מצוות ,כדי אז דורך די פילע מצוות זאל דער מענטש
אנקומען — כאטש איין מאל — צו טון א מצוה מיט דער ריכטיגער מחשבה ,מיט דער ריכטיגער
הכרה ,מיט אן אמת'ער התקשרות צום בורא.
ווייל דער פנימיות פון אלע מצוות פירט צום זעלבן פלאץ:
דער מענטש זאל מכיר זיין אין דעם אמת — דער באשעפער איז די זאך.
און דערפאר איז אויך די עבודת הימים הנוראים צעטיילט אין אזויפיל עבודות
און דאס איז ממש דער זעלבער געדאנק ביי די ימים נוראים.
עס זענען דא אזויפיל עבודות .אלול ,סליחות ,תפילות ,תקיעת שופר ,מלכיות ,זכרונות ,שופרות,
עשרת ימי תשובה ,יום כיפור.
פארוואס אזויפיל?
ווייל מען ארבעט פון אלע זייטן צו ברענגען דעם מענטש צו איין אמת'ן רגע.
ערגעץ וואו זאל די מעסעדזש דורכדרינגען.
ערגעץ וואו זאל דער מענטש זיך אפשטעלן און עס זאל אים באמת דורכדרינגען אין זיין הארץ:
איך בין זיינס .דער רבונו של עולם איז מיין מלך .ער איז מיין בורא .ער איז דער אמת פון מיין גאנצן
מציאות .איך קען גארנישט אליינס.
ספר העיקרים מאמר ג' פרק כ''ט
השם יתברך להיותו חפץ להביא את האדם אל השלמות האנושי ...הרבה לו דרכים ואופנים ...כדי שיושג השלמות האנושי או חלק ממנו על יד
כל אחד מהם ,כדי שלא ימלט שום אחד מישראל ...שלא ישיג השלמות ההוא אם ישתדל להשיגו באחת מן הדרכים ההם וזהו מה שאמרו
רבותינו ז״ל בסוף מכות רבי חנניא בן עקשיא אומר רצה הקדוש ברוך הוא לזכות את ישראל לפיכך הרבה להם תורה ומצות.
5
אפשר וועט עס געשען ביי תקיעת שופר .אפשר אינמיטן שמונה עשרה .אפשר ביי סליחות .אפשר
דוקא פון א צער אז מען האט נישט גענוג גוט געדאוונט.
און אפשר וועט עס געשען אין קאר ,אין א פשוט'ן מינוט ווען קיינער זעט נישט און קיינער ווייסט נישט.
מען ווייסט נישט ווען.
דערפאר זענען דא אזויפיל וועגן ,אזויפיל תפילות און אזויפיל עבודות — ווייל אלעס פירט צו איין
נקודה.8
און די איין נקודה צו וועלכער אלעס פירט איז — "אתה הראת לדעת"
און יעצט קען מען זייער גוט פארשטיין וואס רבי משה מקאברין זי''ע 9זאגט:
די גאנצע עבודה פון אלול ,ראש השנה ,עשרת ימי תשובה ,יום כיפור — די גאנצע עבודה פון די ימים
נוראים — איז נאר כדי אנצוקומען צו:
"אתה הראת לדעת".
מען קען זיך וואונדערן :אזויפיל טעג? אזויפיל תפילות? אזויפיל סליחות? אזויפיל עבודה? אלעס פאר
איין קליינע נקודה פון "לדעת"?
יא .ווייל דאס איז נישט קיין קליינע נקודה.
דאס איז דער עומק פון דער גאנצער עבודה.
"אתה הראת לדעת" מיינט ,אז דער אמת וואס דער מענטש ווייסט אין מח זאל אראפגיין אין הארץ; אז
עס זאל ווערן א פנימיות'דיגע דעת ,א לעבעדיגע הכרה.
און דערפאר איז דער אמת פון דער גאנצער עבודת הימים הנוראים נישט בלויז וויפיל מען האט
געזאגט ,וויפיל מען האט געדאוונט ,אדער וויפיל מען האט געשפירט ביי יעדן איינציגן חלק.
די אלע עבודות זענען וועגן צו ברענגען דעם מענטש צו אט דער איין פינטעלע פון דעת:
רבונו של עולם — דו ביסט דער מלך.
דו ביסט דער בורא ,און איך בין דער נברא.
אלעס איז פון דיר ,אלעס איז תלוי אין דיר.
דו ביזט די זאך.
8לקוטי תורה לבעל התניא — נצבים ,ד״ה אתם נצבים
9אמרות משה חודש אלול ,ראש השנה ,תקיעת שופר ,עשרת ימי תשובה ,יום הכיפורים ,חג הסוכות ,מצות הסוכה וארבעת המינים ,הושענא
רבה ,חיבוט הערבה — כל אלה אינם אלא הקדמה והכנה ל׳אתה הראת לדעת׳ בשמחת תורה“.
6
תמצית:
די גאנצע עבודה פון אלול און ראש השנה איז נישט צוצולייגן פרעשור ,נאר צו דערגרייכן א אינערליכע
הכרה אז דער רבונו של עולם איז מלך' ...מיין' מלך !...די ריבוי התפלות והמצוות אין די טעג זענען די
מיטל ווי מען האפט דורך זיי צו כאפן איין אמת'ע פינטעלע פון דביקות און התבטלות פארן באשעפער.
למעשה:
איינמאל מען האט ערהאלטן אט דעם קלארע דעת במשך די ימים נוראים ,וועט מען דאס בסייעתא
דשמיא קענען ערוועקן אין זיך אגאנץ יאר דורכן כסדר חזר'ן:
איך קען פלאנען – אבער איך באשטים נישט וואס וועט געשען
איך קען ארבעטן – אבער איך שאף נישט קיין הצלחות
איך קען נוצן מיינע כוחות – אבער אפילו די כוחות זענען נישט מיינע
איך קען מאכן א החלטה – אבער איך לעב יעדע רגע אין א מציאות וואס דער בורא האלט אויף.
ווייל איך בין בלויז דער נברא!
דער באשעפער איז דער בורא!
אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו!
ה' מלך ה' מלך ה' ימלוך לעולם ועד!
7
