עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — ראש השנה (2026-09-07)

זה השער לד'
צדיקים יבאו בו
דברי תורה אין אידיש
בדרכי העבודה והחסידות
עוﬥﬨ
ארויסגענומען פונעם
ספר
שבﬨ
מאת
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
ממונקאטש
ראש השנה
ארויסגעגעבן דורך:
תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש
בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א
5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219
צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול
דאס צו באקומען אין אימעיל,
שרייבט אייך איין בייTTTB5202@gmail.com :
עולת שבת -מונקאטש ב
תוכן המאמר:
ראש השנה שחל להיות בשבת קודש הוא בבחינת יום
טוב ,ויש בו מעלה וסימן טוב לשנה כולה ,על דרך
הסימנים שאנו נוהגים בראשית השנה.
והנה ענין הסימנים שייך דוקא לזמן זה מצד ענין
המלכות ,שהרי בשעת משיחת המלך עושים סימן כדי
שתימשך מלכותו ,ובראש השנה ,כאשר אנו ממליכים
עלינו את הקב"ה ,אנו עושים סימנים להמשיך ולגלות
כבוד מלכותו בעולם ,על ידי שירבו זכיותינו וימשכו
עלינו טובה וברכה בכל הענינים.
וכשם שאכילת הסימנים בראשית השנה יש בה רמז
לעניני הטובה שאנו מבקשים על כל השנה ,כך גם
עצם קביעות השנה יש בה משום סימן והמשכה.
וכאשר ריש שתא חל בשבת קודש ,יש בכך מעלה
יתירה ,בכוח הכפרה והמתקת הדינים ,ולהמשיך על
השנה מאור קדושתה.
ומעלת שבת זו ניכרת ביותר על פי גודל כוחה של
"שבת ראשונה" ,אשר שמירתה יש בה להגן על
ישראל ,ובפרט בראש השנה ,עת שלשה ספרים
נפתחים .ובזה מתבאר גם מה שהעמידו חכמים את
שמירת השבת בשלימותה ולכך עקרו תקיעת שופר ,כי
יש בכח שמירת השבת לפעול את התיקונים הנצרכים
להמתקת הדינים ולהסרת הקטרוגים.
ג ראש השנה
ראש השנה
יֹום טֹוב ֶׁשֶ ל ֹר ֹאׁש ַהַָּׁשָ ָנָה ֶׁשֶ ָחָל ִלִ ְהְ יֹות ְּבְ ַׁשַ ָּבָת.
(ראש השנה כט ,ב)
ਪסימנא מילתא היא
עס איז מקובל אין נאמען פון צדיקים זי"ע (עיין שער יששכר מאמר מאזנים למשפט אות נד) מדייק
צו זיין אין דעם לשון פון די משנה .די משנה זאגט נישט סתם "ראש השנה שחל בשבת" -
ראש השנה וואס געפאלט אויס אין שבת ,נאר "יום טוב של ראש השנה שחל להיות בשבת"
-דער יום טוב פון ראש השנה וואס געפאלט אויס אין שבת.
אין דעם ווערט מרומז ,אז ווען ראש השנה געפאלט אויס אין שבת ,איז עס א באזונדערע
בחינה פון יום טוב ,און דאס איז אליין א גוטער סימן אויף א יאר פון גוטס און ברכה.
דאס גייט אויך צוזאמען מיט די אנדערע סימנים וואס מיר פירן זיך צו טוהן ביים אנהייב
יאר ,אזוי ווי חז"ל זאגן (כריתות ה ,ב והוריות יב ,א)" :השתא דאמרת סימנא מילתא היא ,יהא רגיל
אינש למיכל בריש שתא קרא ורוביא ,כרתי ,סילקא ותמרי" -יעצט אז מיר ווייסן אז א סימן
האט א באדייט און א השפעה ,זאל א מענטש זיך צוגעוואוינען צו עסן אנהייב יאר קרא,
רוביא ,כרתי ,סילקא און תמרי.
עס איז אבער כדאי זיך אפצושטעלן און פארשטיין :אויב א סימן האט א באדייט און א
השפעה ,וואס איז די ספעציעלע שייכות פון סימנים מיט ראש השנה ,אז דוקא ביים אנהייב
יאר האבן חז"ל איינגעפירט דעם ענין פון סימנים ,מער ווי אין אנדערע צייטן פון יאר.
ਪ״כדי שתמליכוני עליכם״
די שייכות פון סימנים מיטן אנהייב יאר ליגט אין דעם ענין פון א מלך און זיין מלכות.
עולת שבת -מונקאטש ד
די גמרא רעדט ,נאך איידער עס קומט צו די סימנים פון ראש השנה ,וועגן דעם ענין פון
מלכים" :אין מושחין את המלכים אלא על המעיין ,כדי שתימשך מלכותם" -מען זאלבט א
קעניג נאר ביי א קוואל ,כדי זיין מלכות זאל זיך ציען און אנהאלטן.
פארוואס דוקא ביי א קוואל? ווייל דאס וואס די וואסער פליסן און ציען זיך ווייטער איז א
סימן ,אז אויך די מלכות פונעם קעניג זאל זיך פארלענגערן און אנהאלטן.
אזוי אויך ראש השנה איז דאך דער טאג ווען מיר זענען ממליך דעם אויבערשטן אויף
אונז און אויף דער גאנצער וועלט .ווי חז"ל זאגן (ראש השנה לד ,ב) "אמרו לפני מלכיות כדי
שתמליכוני עליכם" -זאגט פאר מיר מלכיות ,כדי איר זאלט מיך ממליך זיין אויף ענק.
און דאס איז נישט סתם נאך א פרט פון ראש השנה ,נאר עס איז פון די יסודות פון דער
גאנצער עבודה פון דעם טאג .ראש השנה קרוינען מיר דעם אויבערשטן אלס מלך ,נעמען
אויף זיך זיין מלכות ,און בעטן אז זיין קעניגרייך זאל נתגלה ווערן אויף דער גאנצער וועלט
און דער ענין פון מלכות זעהט מען אויך ביי תקיעת שופר .אזוי ווי ביי א נייעם קעניג
פלעגט מען בלאזן מיט חצוצרות און קרנות ביים אנהייב פון זיין מלוכה ,כדי אויסצורופן
איבער'ן גאנצן לאנד אז א נייע מלוכה האט זיך אויפגעשטעלט ,אזוי בלאזן מיר דעם שופר
ראש השנה ,להודיע על מלכותו יתברך .דאס איז וואס רבינו סעדיה גאון ברענגט צווישן
די טעמים פון תקיעת שופר :אז ראש השנה איז דער טאג פון בריאת העולם ,ווען דער
אויבערשטער איז געווארן קעניג איבער זיין וועלט.
קומט אויס ,אז די גאנצע עבודה פון ראש השנה איז ארומגענומען מיט דעם ענין פון
מלכות -צו ממליך זיין דעם אויבערשטן אויף אונז און אויף דער גאנצער וועלט.
דערמיט פארשטייט מען קלארער די ווערטער פון אביי "השתא דאמרת סימנא מילתא
היא ,יהא רגיל אינש למחזי בריש שתא."...
ווייל אויב מיר זעהן אז א סימן האט א באזונדערן כח ווען מען שטעלט אויף א מלכות ,איז
ראש השנה טאקע דער פאסיגסטער זמן צו מאכן סימנים .ראש השנה איז דער זמן ווען
מיר זענען ממליך דעם אויבערשטן ,און דעמאלט מאכן מיר גוטע סימנים ,אז דער יאר זאל
זיך אנהייבן און זיך פירן מיט גוטס און הצלחה ,און אז מלכותו יתברך זאל נתגלה ווערן
אויף דער וועלט.
דערפאר פירן מיר זיך מיט ראש השנה איז דער זמן
גוטע סימנים -שנהיה ווען מיר זענען ממליך דעם
לראש ,שירבו זכיותינו,
שיכרתו שונאינו ,און אז אויבערשטן ,און דעמאלט מאכן
מיר זאלן האבן א שנה טובה מיר גוטע סימנים ,אז דער יאר
ומתוקה .די סימנים זענען
א רמז און א תפילה אויף די
זאל זיך אנהייבן און זיך פירן
השפעות טובות וואס מיר מיט גוטס און הצלחה ,און אז
בעטן ביים אנהייב יאר ,אז זיי
זאלן נמשך ווערן אויף אונז
מלכותו יתברך זאל נתגלה
דורכאויס דעם גאנצן יאר. ווערן אויף דער וועלט.
ה ראש השנה
און דאס איז נישט נאר א בקשה פאר אונזער אייגענעם גוטס .ווען אידישע קינדער האבן
א שפע פון גוטס ,זיסקייט און ברכה ,ווען מיר לעבן מיט ישועות און הצלחה ,ווערט כבוד
מלכותו יתברך מער נתגלה און פארשפרייט אויף דער וועלט.
ਪבכח קדושת השבת
און אזוי ווי די סימנים אין די מאכלים וואס מיר עסן ביים אנהייב יאר זענען א רמז אויף די
שפע טובה פאר'ן נייעם יאר ,אזוי קען מען אויך זען אינעם טאג מיט וואס דער יאר הייבט
זיך אן א סימן אויף דעם גאנצן יאר וואס קומט דערנאך.
ווייל די קביעות פונעם לוח און דער סדר פון די טעג פונעם יאר איז קיינמאל נישט ח"ו
במקרה .אלעס איז בהשגחתו יתברך .בפרט דער ריש שתא -דער טאג אויף וועלכן דער
יאר הייבט זיך אן -איז נישט סתם צופעליג אזוי אויסגעקומען .דער אופן וויאזוי דער יאר
הייבט זיך אן איז א חלק פון דער הנהגה וואס וועט זיך אנהאלטן דורכאויס דעם גאנצן
יאר.
און ווען דער ריש שתא געפאלט אויס אין שבת קודש ,א טאג פון מנוחה ,קדושה און
ברכה ,איז דאס ,אויפן דרך פון "סימנא מילתא היא" ,א ריכטיגע און שטארקע רמז
אז די סגולות און ברכות
השבת זאלן זיך אנהאלטן ווען דער אנהייב פונעם יאר
און נמשך ווערן אויף דעם
גאנצן יאר.
אליין איז א שבת קודש ,א
דאס איז וואס די משנה
יום שכולו טוב ,איז דאס א
לערנט אונז מיט דעם געוואלדיגע גוטע סימן ,אז
באזונדערן לשון "יום טוב אויך דער המשך פונעם יאר
של ראש השנה שחל להיות
בשבת" .ווייל ווען דער
וועט זיין ,בעזרת השי"ת,
אנהייב פונעם יאר אליין איז בבחינה פון יום טוב.
א שבת קודש ,א יום שכולו
טוב ,איז דאס א געוואלדיגע גוטע סימן ,אז אויך דער המשך פונעם יאר וועט זיין ,בעזרת
השי"ת ,בבחינה פון יום טוב -א יאר פון ברכה און טובה ,קדושה און עליות ,פון הרחבת
הדעת און גוטע ישועות.
און בפרט לויט ווי עס ווערט מבואר אין הייליגן ספר בני יששכר (מאמרי השבתות מאמר ז אות
ו) די גרויסע מעלה פון שבת בנוגע כפרת עוונות און המתקת הדינים ,איז א געוואלדיגע
מעלה ווען שבת קודש קומט צוזאמען מיטן אנהייב פונעם יאר.
ווייל דעמאלט ,ווען עס איז די צייט פון "שלשה ספרים נפתחים" ,קומט די קדושה פון שבת
אריין אין דעם גרויסן יום הדין און ערוועקט מיט זיך רחמים און כפרה .די קדושת שבת
האט א כח צו ממתיק זיין דעם דין און אוועקצונעמען קטרוגים פון אידישע קינדער אין
דעם גרויסן טאג.
עולת שבת -מונקאטש ו
ਪ״שבת ראשונה״
נאך מער קען מען צולייגן לויט וואס חז"ל זאגן (שבת קיח ,ב) "אלמלי שמרו ישראל שבת
ראשונה -לא שלטה בהם אומה ולשון" -ווען אידישע קינדער וואלטן געהיטן דעם ערשטן
שבת אין מדבר ,וואלט קיין שום פאלק נישט געקענט הערשן איבער זיי.
זעהט מען דערפון ווי גרויס און דערהויבן דער כח פון יענעם "שבת ראשונה" איז געווען,
אז דורך דעם שמירת שבת ראשונה וואלט קיין שום שלעכטס נישט געהאט קיין שליטה
אויף כלל ישראל.
ווען דער ערשטער טאג פונעם יאר געפאלט אויס אין דעם ערשטן שבת פונעם יאר ,איז אין
דעם שבת פאראן א בחינה פון יענעם "שבת ראשונה" .ממילא האט דער שבת א באזונדערן כח
צו זיין א שמירה און באשיצונג אויף אידישע קינדער קעגן דינים און קטרוגים אינעם יום הדין
און דורכדעם וועט מען אויך פארשטיין דאס וואס חז"ל האבן מבטל געווען תקיעת שופר
ווען ראש השנה געפאלט אויס שבת .דער טעם ,ווי די גמרא זאגט (ראש השנה שם) ,איז צוליב
דעם מעגליכקייט אז איינער זאל גיין צו א בקי זיך צו לערנען ווי אזוי צו בלאזן שופר ,און
דערווייל וועט ער טראגן דעם שופר פיר אמות אין רשות הרבים.
לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין :צוליב אזא מעגליכקייט ,וואס זעהט אויס ווי א
ווייטע זאך ,זאל מען מבטל זיין תקיעת שופר -איינס פון די גרעסטע מצוות און עבודות
פון ראש השנה? תקיעת שופר איז דאך דער קול וואס וועקט אויף דעם מענטש צו תשובה
און איז מעורר רחמים פאר כלל ישראל .ווי אזוי קען מען אויף דעם מוותר זיין?
אבער עס ליגט אין דעם אליין א געוואלדיגע נקודה .ווען מיר היטן דעם שבת ראש השנה
בשלימות ,האבן מיר די מעגליכקייט נאכאמאל צו מקיים זיין דעם "שבת ראשונה" ווי עס
דארף צו זיין .און דא קען מען זוכה זיין צו דעם כח וואס חז"ל האבן אונז צוגעזאגט ביי
יענעם שבת ,אז ווען אידן היטן דעם שבת ראשונה "לא שלטה בהם אומה ולשון".
דאס גיט א איד א גרויסן
חיזוק ביים אנהייב יאר :מיר מיר הייבן נישט אן דעם יאר
הייבן נישט אן דעם יאר נאר נאר מיט פחד פון דין ,נאר
מיט פחד פון דין ,נאר אויך אויך מיט די קדושה פון שבת
מיט די קדושה פון שבת
קודש און מיט דעם כח פון קודש און מיט דעם כח פון
"שבת ראשונה" .דאס איז א "שבת ראשונה".
"יום טוב" ,א גוטער סימן און
א זכות פאר כלל ישראל ,אז דינים און קטרוגים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אונז ,און
די ברכות מיט וועלכע דער יאר הייבט זיך אן זאלן אונז באגלייטן דורכאויס דעם גאנצן יאר.
ויהי רצון ,מיר זאלן זוכה זיין אז אלע גוטע סימנים און אלע רמזים וואס מיר זעהן ביים אנהייב
פונעם יאר זאלן מקוים ווערן בפועל מיט ברכה און ישועה .מיר זאלן אלע האבן א שנה טובה
ומתוקה ,א יאר וואס זאל אינגאנצן זיין בבחינת ״שבת ומנוחה לחיי העולמים״ ,און בעיקר אז מיר
זאלן אלע זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה ,בביאת בן דוד במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו.
ז ראש השנה
נקודות למעשה בעבודת ד'
היוצאות מן המאמר:
•"סימנא מילתא היא" -יתן לב לעניני ריש
שתא ,כי יש בהם סימן והמשכה על כל השנה.
•לכוון בסימנים לענין המלכות ,שירבו
זכיותינו וטובותינו ,ובזה תתגלה מלכותו
יתברך בעולם.
•להתחזק בשמירת השבת בראש השנה ,שהיא
בבחינת "שבת ראשונה" ,ויש בה כח של
שמירה ורחמים על ישראל
עולת שבת -מונקאטש ח
