דברות קודש סאטמאר - אידיש · Dibrois Koidesh Satmar - Yiddish — ראש השנה (2026-09-07)

בס"ד
קונטרס
מאת
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
p
יו"ל ע"י
ועד להוצאת ספרי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
תשפ"הזז לפ"ק פק"ק קרית יואל יצ"ו
שנת תשפ"
החדשהשנת
השנההחדשה
בפרוסהשנה
בפרוס
כל הזכיות שמורות להמו״ל ©
ועד להוצאת ספרי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
להערות והארות יכולין לפנות
845 418 - 4421 ~ 845 662 - 4196
ברכ ‰לר‡˘ מ˘ביר
ידידינו הרבני החשוב המפואר ,יפה פרי תואר ,ראש וראשון לכל
דבר שבקדושה ,במדה מרובה וגדושה ,רודף צדקה וחסד ביד
רחבה ורוח נדיבה ,מכבד ה' מהונו ,נודע בצדקת פזרונו ,כשמן
הטוב תורק שמו ,עצה ותושיה ממנו נהנים ,מש"ה זכה וזיכה את
הרבים בהדפסת ספרי קדמונים ,שבחו הטוב מי ימלל ,אין גומרין
עליו את ההלל
מו" ‰פינחס מ˘‡ú ‰נ„‡ נ"י
אשר נדבה רוחו לנדב הוצאת הקונטרס
לכבוד ראש השנה
ישא ברכה מאת ה' וצדקה מאלקי ישעו ויתברך ממעון הברכות
בהשפעות טובות וכל מילי דמיטב ,ואך טוב וחסד ירדוף אותו כל
הימים ,רב נחת דקדושה ,במדה מרובה וגדושה ,ולהכתב בספרן
שן צדיקים גמורים לשנה טובה ומתוקה ,ויזכה להמשיך
בפעולותיו הנכבדות רבות בשנים בבריות גופא ונהורא מעליא,
עד ביאת הגואל
קונטרס
ילקוט דברות קודש
hילקוט פנינים על סדר התפלה לראש השנה g
מי יחיה
היום יכתב בספר הזכרונות החיים והמות )שחרית ראש השנה(.
די גמרא זאגט )ברכות יח (:רשעים בחייהם קרויים מתים ,אין דעם טאג
ראש השנה פארשרייבט מען החיי"ם והמו"ת ,אויב א איד וועט
זוכה זיין צו די ריכטיגע לעבן ,א לעבן פון תורה און מצות ,לעבעדיג
הייסט נאר ווער עס לעבט א לעבן פון שמירת התורה והמצות ,כי הם
חיינו ואורך ימינו .היינט שרייבט מען אן החיים והמות ,מי יחיה ,ווער עס
וועט זיין א לעבעדיגע איד ,א איד א שומר תורה ומצות ,און ווער עס
וועט האבן לעבעדיגע קינדער ,ערליכע קינדער.
*
א מליצה ישרה אויף די שווערע נסיונות
עוד יזכור לנו אהבת איתן אדונינו ,ובבן הנעקד ישבית מדיננו ,ובזכות
התם יוציא לצדק דיננו )מוסף ראש השנה(.
שטייט אין מדרש אז ווען אברהם אבינו האט געברענגט יצחק אויף די
עקידה ,האט יצחק געבעטן ,טאטע ,איך האב מורא אז צוליב
פחד פונעם מעסער וועט זיך מיין גוף ווארפן ,און איך וועל דיר מצער זיין,
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש ב
און קען זיין די שחיטה וועט זיין פסול און איך וועל נישט זיין קיין כשר'ע
קרבן ,בעט איך דיר ,בינד מיך גוט צו .זאגט דער ערוגת הבשם אז עקידת
יצחק איז א מליצה ישרה פאר אידישע קינדער ,אויב יצחק אבינו האט
מורא געהאט ער וועט נישט ביישטיין דעם נסיון ,וואס זאלן מיר זאגן,
ווען מיר האבן אזא גרויסע יצר הרע.
דאס איז מען מתפלל ובבן הנעק"ד ,דאס וואס יצחק אבינו איז געווארן
צוגעבינדן ווייל ער האט מורא געהאט ער וועט נישט ביישטיין
דעם נסיון ,דאס איז א מליצה ישרה פאר אונז ,אז דער אייבערשטער זאל
פארשטאפן די מויל פון אלע מקטריגים.
*
דער אייבערשטער העלפט אונז אלעמאל
באין מליץ יושר מול מגיד פשע תגיד ליעקב דבר חוק ומשפט וצדקינו
במשפט המלך המשפט )מוסף ראש השנה(.
דער רבי ז"ל טייטשט אין דברי יואל )הושענא רבה( די גמרא זאגט
בעקבתא דמשיחא אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים ,אז
אמאל זענען געווען צדיקים וואס האבן געהאלפן אידישע קינדער מ'זאל
קענען תשובה טון און זיך פירן ערליך ,אבער היינט אין דעם דור פון
עקבתא דמשיחא ,איז אונז נישט געבליבן אויף וועם זיך צו פארלאזן ,נאר
אויפן הייליגן באשעפער ,ער זאל אונז העלפן תשובה טון און זיך פירן
אויפן ריכטיגן וועג.
קען זיין פשט אין פסוק תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגינו כי חק
לישראל הוא משפט לאלקי יעקב ,מ'בלאזט שופר ,אמאל איז עס
געווען א חק לישרא"ל ,די צדיקים האבן אויסגע'פועל'ט אלעס גוטס,
ג ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
היינט איז עס משפט לאלק"י יעקב ,ס'איז אונז נאר געבליבן דער איין
אייניגער באשעפער.
דאס איז פשט ,באין מליץ יושר מול מגיד פשע ,ווען ס'קומט א צייט
וואס איז נישטא קיין צדיקים און מליצי יושר וואס זאלן מתפלל
זיין פאר אידישע קינדער ,תגיד ליעק"ב ,זאל מען זאגן פאר דעם דור פון
עקבתא דמשיחא ,דבר חוק ומשפט ,אז היינט איז משפט לאלקי יעקב ,און
דער אייבערשטער אליין וועט אונז העלפן.
*
דער אייבערשטער שרייבט נישט קיין פרוזבול
באין מליץ יושר מול מגיד פשע תגיד ליעקב דבר חוק ומשפט וצדקינו
במשפט המלך המשפט) .מוסף ראש השנה(
שטייט פון הרה"ק ר' פינחס קאריצער זללה"ה אז אין א שנת
השמיטה זאל מען אינזין האבן ביי די סליחות פון ערב ראש
השנה )סליחה כ"ה( ואשר יהיה לך את אחיך תשמט ידיך ,אז דער
אייבערשטער זאל משמט זיין די עבירות פון אידישע קינדער ,און דאס
דארף מען אינזין האבן סוף יאר ,ווען דעמאלטס איז שמיטה משמט.
דאס איז פשט באין מליץ יושר מול מגיד פשע ,אויב ס'איז חלילה
נישטא קיין מליצי יושר ,תגיד ליעקב דב"ר חק ומשפט ,די הלכה
אז שמיטה איז משמט ,און דאס לערנט מען ארויס פון פסוק )דברים טו ב(
וזה דב"ר השמיטה ,און דער אייבערשטער זאל אויך משמט זיין די
עבירות פון אידישע קינדער.
]הגם חז"ל זאגן )גיטין לד (:הלל האט מתקן געווען א פרוזבול ,און דער
אייבערשטער איז דאך א שומר משמרתה של תורה און איז
מקיים די גזירות און תקנות חז"ל ,לכאורה קען ער מאכן א פרוזבול אז
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש ד
שמיטה זאל נישט משמט זיין די חובות .די גמרא זאגט אבער דארט )דף
לו (:אז הלל האט מתקן געווען א פרוזבול לדרי עלמא ,אבער לכולי עלמא
לא .קען זיין פשט הלל האט מתקן געווען א פרוזבול 'לדרי עלמא' פאר
מענטשן וואס וואוינען אויף די וועלט ,אבער 'לכולי עלמא' פארן
אייבערשטן וואס די גאנצע וועלט באלאנגט פאר אים ,האט ער נישט
מתקן געווען א פרוזבול ,ממילא איז שמיטה משמשט די עבירות פון
אידישע קינדער[.
*
אלע שלעכטס זאל אוועק גיין מיטן רויך פון שריפת חמץ
וכל הרשעה כולה בעשן תכלה )תפלת ימים נוראים( .ווען א איד טוט
תשובה ,איז דאך דא אסאך עבירות וואס ער געדענקט שוין אפילו
נישט אז ער דארף תשובה טון ,שטייט אין כסף נבחר )פ' בראשית( אזוי ווי
מען טרעפט ביי ביעור חמץ ,די גמרא זאגט )פסחים ח (.בודק עד מקום שידו
מגעת ,מען דארף נאר בודק חמץ זיין ווי מען קען אנקומען ,און די
איבריגע איז מען מבטל בלב ,די זעלבע זאך אז מען טוט תשובה אויף די
עבירות וואס מען געדענקט ,איז דער אייבערשטער מוחל אויך אויף די
עבירות וואס מען געדענקט נישט.
דאס איז פשט ,וכל הרשעה ,די אלע שלעכטס ,דאס מיינט די עבירות
וואס מען האט ל"ע געטון ,בעשן תכלה ,זאל ווערן פארלענדעט
אין די רויך פון שריפת חמץ ,אזוי ווי דארט העלפט מבטל זיין דעם חמץ
אפילו וואס מען האט פארגעסן ,אזוי זאל אויך העלפן דא אז דער
אייבערשטער זאל מוחל זיין אויף אלע עבירות אפילו וואס מ'געדענקט
נישט.
*
ה ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
די רחוקים זאלן נתקרב ווערן
וישמעו רחוקים ויבואו ויתנו לך כתר מלוכה )מוסף ראש השנה( .וועמען
מיינט מען די רחוקים ,מען מיינט דעם קרוב שנתרחק,
אידישע קינדער פון היימישע ערליכע שטובער וואס זענען ליידער
אוועקגעפאלן ,וואס אפילו אין אזא טאג ווי ראש השנה געפינען זיי זיך
נישט אין די בתי מדרשים ,זיי הערן נישט קיין תקיעת שופר ,וישמעו
רחוקים ויבואו ,די רחוקים זאלן אויך צוריק קומען ,ויתנו לך כתר מלוכה.
*
די גרויסע שופר אין הימל
ובשופר גדול יתקע וקול דממה דקה ישמע )פיוט ונתנה תוקף( .אזוי ווי
אידישע קינדער זענען מקיים די מצוה פון תקיעת שופר ,אזוי
אויך בלאזט מען שופר אויבן אין הימל ,און דורכדעם ווערט נתעורר
רחמים אויף אידישע קינדער .קען זיין ,אז פון די מצוה פון תקיעת שופר
וואס אידישע קינדער זענען מקיים ,און עס גייט ארויף אויבן אין הימל,
איז זיך פון דעם מצרף איין גרויסער שופר ,וואס מיט דעם בלאזט מען
אויבן אין הימל ,און דאס איז מעורר רחמים אויף אידישע קינדער .און
דאס איז פשט ובשופר 'גדול' יתקע ,אויבן אין הימל בלאזט מען ראש
השנה מיט א גרויסער שופר ,וואס דאס ווערט צוזאמען געשטעלט פון די
אלע מצות תקיעת שופר וואס אידן זענען מקיים בכל מקומות
מושבותיהם.
*
יעדער איד הערט דעם קול שופר פון הימל
ובשופר גדול יתקע וקול דממה דקה ישמע ומלאכים יחפזון וחיל
ורעדה יאחזון )פיוט ונתנה תוקף(.
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש ו
ווען מ'בלאזט שופר אויבן אין הימל ,ווערט דאס געהערט אויך אויף די
וועלט ,אזוי ווי דער בעש"ט הקדוש זאגט אז יעדן טאג קומט
ארויס א בת קול וואס איז מעורר צו תשובה ,און יעדער איד הערט דעם
בת קול ,דאס זענען די הרהורי תשובה וואס א מענטש באקומט כסדר,
די זעלבע זאך ווערט יעדער איד נתעורר צו תשובה ראש השנה ,פון די
קול השופר וואס ווערט געבלאזן אויבן אין הימל ,און אז די מלאכים כאפן
א ציטער ,איז דאך כל שכן אז יעדער איד זאל כאפן א ציטער און נתעורר
ווערן צו תשובה.
*
השי"ת זאגט מוסר פאר יעדן איד
אמת כי אתה הוא דיין ומוכיח ויודע ועד )פיוט ונתנה תוקף(.
דער הייליגער באשעפער איז א דיין ומוכיח ,ער זאגט פארן יעדן
איינציגן איד אינעם הייליגן טאג ראש השנה דברי תוכחה און
מוסר .דער הייליגער באשעפער פרעגט יעדן איד א קשיא ,ווי אזוי
האסטו חוטא געווען ,ווי אזוי האסטו געקענט טון אן עבירה ,דער
אייבערשטער זעט אלע עבירות און ער ווייסט אלעס ,און ער ווייזט פארן
מענטש אין יענעם טאג ,אין יענעם שעה ,האסטו געטון די און די עבירה,
ווי אזוי האט א איד געקענט חוטא זיין פארן בורא כל עולמים.
דאס קען זיין פשט וואס מען זאגט ,אמת כי אתה הוא דיין ומוכיח,
דער אייבערשטער זאגט דברי תוכחה און ער פאדערט אויף ,ער
פרעגט היתכן וואו קומט דאס אז א איד זאל זיך אזוי אויפפירן ,הלא
בושה תכסה פנינו ,וואס ענטפערט מען ,וואס פאר א תירוץ האט מען צו
ענטפערן פארן הייליגן באשעפער.
*
ז ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
מען ברענגט פרנסה מיט די נשמה
אמת כי אתה הוא יוצרם ואתה יודע יצרם כי הם בשר ודם אדם יסודו
מעפר וסופו לעפר בנפשו יביא לחמו )פיוט ונתנה תוקף( .לכאורה
פארוואס שטייט בנפש"ו יביא לחמו ,עס וואלט געדארפט שטיין בגופ"ו
יביא לחמו ,ווייל פרנסה קומט בדרך כלל מיט יגיעה פונעם גוף .נאר
באמת פארשטייט מען עס זייער גוט ,אז מען קוקט זיך אום אויפן מצב די
שווערע נסיונות וואס איז דא אויפן גאס ,שטימט זייער גוט וואס מען
זאגט בנפש"ו יביא לחמו ,ווייל מיטן ברענגן פרנסה איז ליידער דא א
גרויסע סכנה פאר די נפש פאר די נשמה.
*
זיך מתבונן זיין ווער געבט לעבן פאר א מענטש
וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יציר כי אתה יצרתו ויאמר כל
אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה )סדר
מלכיות(.
שטייט אין ספר תומר דבורה )פרק א( אז א מענטש דארף זיך מתבונן זיין
אין די גרויסע סבלנות פון השי"ת ,דער אייבערשטער געט דאך
כח פאר א מענטש יעדע רגע ,און דער אייבערשטער זעט אלעס וואס א
מענטש טוט יעדע מינוט ,און אפילו ווען א מענטש זינדיגט ח"ו געט אים
דער אייבערשטער ווייטער כח ,דער מענטש טוט דאך די עבירה מיט דעם
כח וואס דער אייבערשטער געט אים ,און דער אייבערשטער כביכול איז
סובל און ער איז אים ווייטער משפיע כח צו לעבן.
ווען ס'קומט ראש השנה דארף זיך א מענטש מתבונן זיין ,ווער געבט
אים לעבן ,ווער געבט אים כח אנצוגיין ,ווי דער רמב"ם שרייבט
)הלכות תשובה פ"ג ה"ד( אז תקיעת שופר קומט מעורר זיין א מענטש ,זכרו
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש ח
בוראכ"ם ,געדענק ווער ס'האט דיר באשאפן ,ווער געבט דיך לעבן ,ווער
שפייזט דיך.
און דאס איז פשט ,ויאמר כל אשר נשמה באפו ,ווער ס'האט א נשמה
און א אטעם ,זאל פארשטיין אז דאס איז נישט פון זיך אליין ,נאר
דאס אלעס קומט פון ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה ,דער
אייבערשטער איז דער וואס געבט אים לעבן ,און ווען א מענטש וועט זיך
מתבונן זיין אין דעם ,וועט ער פון דעם פארשטיין וואס פאר א פליכט
עס ליגט אויף אים צו דינען דעם בורא עולם.
*
די פארלוירענע נשמות זאלן ממליך זיין השי"ת
ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל
משלה )סדר מלכיות( .מען איז מתפלל אויף די פארלוירענע אידן,
אשר נשמה באפו ,זיי האבן א נשמה חלק אלוק ממעל ,אז זיי זאלן אויך
נתעורר ווערן און זאגן ה' אלקי ישראל מלך ,ממליך זיין דעם הייליגן
באשעפער.
*
דער זכות פון ווארטן אויף די גאולה
אם כבנים רחמינו כרחם אב על בנים ואם כעבדים עינינו לך תלויות
עד שתחנינו.
קען זיין פשט ,די גמרא זאגט )קידושין לו (.ווען אידן טוען דעם רצון ה'
ווערן זיי אנגערופן בנים למקום .שטייט אין מדרש אז אין זכות
נטרונא ,דאס וואס מען ווארט אויף די גאולה ,וועט מען אויסגעלייזט
ווערן פון גלות .איז מען מתפלל אין די תפלה אויף די גאולה שלימה ,אם
כבנים ,אויב טוען מיר דעם רצון ה' און מיר זענען דיינע קינדער ,רחמינו
ט ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
כרחם אב על בנים ,האב רחמנות אויף אונז אזוי ווי א טאטע אויף זיינע
קינדער און לייז אונז אויס ,ואם כעבדים ,אויב חלילה מען איז נישט ראוי
ווייל מען טוט נישט דעם רצון ה' ,האבן מיר כאטש דעם זכות ,אז עינינו
לך תלויות ,מיר האפן און ווארטן אויף די גאולה שלימה ,און די זכות
אליין איז גענוג מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן בקרוב.
*
דער אייבערשטער זעהט יעדע פארקלעמט הארץ
ארשת שפתינו יערב לפניך אל רם ונשא מבין ומאזין מביט ומקשיב
לקול תקיעתינו.
עס מאכט זיך אמאל וואס א איד איז נעבעך אזוי פארזינקען ,ער קען
אפילו נישט עפענען דאס מויל מתפלל צו זיין צום הייליגן
באשעפער און זיך אויסגיסן דאס הארץ מיט ווערטער .די עצה איז מען
זאל זיך אויסוויינען פארן בורא כל עולמים ,ווייל דער אייבערשטער
ווייסט וואס טוט זיך אין א אידיש הארץ ,אפילו מען זאגט נישט ארויס
מיט ווערטער ,פארשטייט שוין דער הייליגער באשעפער וואס עס פעלט
פאר דעם איד.
דאס איז פשט מבין ומאזין ,דער אייבערשטער איז א מבין אויף די
געברויכן פון א איד ,און ער הערט צו די תפלות פון יעדן איינציגן
איד ,און אפילו אויב מען קען נישט עפענען דאס מויל ארויס צו זאגן מיט
ווערטער וואס עס פעלט ,מביט ומקשיב ,דער אייבערשטער קוקט אריין
אין אידישע הערצער ,און ער זעט יעדע פארקלעמטע הארץ ,יעדן איינעם
וואס אים פעלט.
*
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש י
די חשיבות פון יעדע מעשה אין היינטיגן דור
אתה זוכר את כל המפעל וגם כל היצור לא נכחד ממך ,הכל גלוי
וידוע לפניך ה' אלהינו צופה ומביט עד סוף כל הדורות )סדר
זכרונות(.
שטייט אין ספר חסידים )סי' תתקמ"ה( אז אין די שפעטערדיגע דורות,
איז חשוב ביים אייבערשטן יעדע זאך וואס א מענטש טוט,
אזוי חשוב ווי גרויסע מעשים וואס מען האט געטון אין די פריערדיגע
דורות .און דער פשט איז ,אפילו היינטיגע צייטן זענען מיר נישט אויף די
מדריגה צו קענען טון א מצוה אדער דינען השי"ת אזוי ווי די פריערדיגע
דורות ,מיט דעם אלעם איז זייער חשוב יעדע קליינע פעולה וואס א איד
טוט ,ווייל דער אייבערשטער מעסט די פעולה לויטן דור.
אתה זוכר את כל המפעל ,דער אייבערשטער געדענקט יעדע זאך
וואס א מענטש טוט ,אויף אלעם וועט מען אפגעבן א דין
וחשבון ,אבער וגם כל היצור לא נכחד ממך ,דער אייבערשטער ווייסט
אויך אין וועלכע דור מען לעבט ,און ווי גרויס די נסיונות זענען ,הכל גלוי
וידוע לפניך ה' אלהינו צופה ומביט עד סוף כל הדורות ,דער
אייבערשטער זעט אלע דורות ,און ער ווייסט אין וועלכע שווערע דור
מיר געפינען זיך ,ממילא יעדע קליינע זאך וואס א איד טוט איז זייער
חשוב ביים הייליגן באשעפער ,אפילו ווען עס איז אויף א קלענערע
מדריגה פון די פריערדיגע דורות.
*
יום הזכרון -געדענקן די חסדים פון השי"ת
כי זכר כל היצור לפניך בא ,מעשה איש ופקדתו ועלילות מצעדי גבר,
מחשבות אדם ותחבולותיו ויצרי מעללי איש ,אשרי איש שלא
ישכחך ובן אדם יתאמץ בך )סדר זכרונות(.
יא ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
אין ייטב פנים )חנוכה אות א( ברענגט ער א מליצה ישרה ,מען זאגט ביים
דאווענען )תפלת נשמת( שכן חובת כל היצורים ,דאס איז די פליכט
פון יעדע באשעפעניש צו דאנקן און לויבן דעם באשעפער און באצאלן
פאר די אלע גוטע זאכן וואס דער אייבערשטער טוט מיט א מענטש,
אבער באמת איז א מענטש נישט יוצא זיין פליכט און ער באצאלט נישט
צוריק גענוג פארן הייליגן באשעפער ,די סיבה איז ווייל א מענטש האט
אין זיך א כח השכחה ,ער פארגעסט די אלע חסדים וואס דער
אייבערשטער טוט מיט אים כסדר ,ווער עס גיט אים לעבן און געזונט.
און דאס איז מרומז אין די ווערטער ש'כן ח'ובת כ'ל ה'יצורים ,וואס איז
די ראשי תיבות שכח"ה ,עס איז טאקע דא א פליכט אויף יעדן
באשעפעניש ,אבער מען פארגעסט זיך.
ראש השנה ווערט אנגערופן 'יום הזכרון' ,דער פשט איז ,אז אין דעם
טאג געדענקט דער אייבערשטער יעדן מענטש ,איז כמים הפנים
אל פנים ווערט דורכדעם נתעורר די כח הזכרון אין יעדן איד ,אז מיר
זאלן זיך אויך דערמאנען און געדענקן דעם הייליגן באשעפער ,און אלע
חסדים וואס ער טוט מיט אונז ,און דורכדעם ווערט מען נתעורר צו
תשובה.
דאס איז פשט ,כי זכר כל היצור לפניך בא ,ראש השנה קומט פאר
השי"ת די זכרון פון יעדע באשעפעניש ,ממילא כמים הפנים אל
פנים ווערט נתעורר אין יעדע הארץ זיך צו דערמאנען פון השי"ת ,איז
אשרי איש שלא ישכחך ,וואויל איז דעם מענטש וואס האלט אן דעם
זכרון שטענדיג צו געדענקן די אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט
מיט אים.
*
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש יב
דער אייבערשטער געדענקט וואס א מענטש פארגעסט
כי זוכר כל הנשכחות אתה הוא מעולם ואין שכחה לפני כסא כבודיך
)סדר זכרונות( .לכאורה דארף מען פארשטיין ,אויב איז נישטא קיין
שכחה ביי הקב"ה ,וואס איז שייך צו זאגן אז דער אייבערשטער געדענקט
אלע נשכחות.
נאר דער פשט איז ,דער אייבערשטער פירט זיך מיט א מענטש מדה
כנגד מדה ,אויב א מענטש איז א נאכגעביגער ,און איז אלעמאל
מוחל ,אפילו ווען מען האט אים שטארק מצער געווען האלט ער נישט אן
קיין שנאה ח"ו נאר ער איז מוחל בלב שלם ,פירט זיך אויך דער
אייבערשטער אזוי צו אים ,און אפילו אויב חלילה ער האט געטון אסאך
עבירות חס ושלום ,אויב האט ער חרטה און ער טוט תשובה איז דער
אייבערשטער מוחל .אויב אבער א מענטש איז נישט מוחל קיינעם ,און
ער האלט א חשבון אויף ווער עס האט אים עפעס וויי געטון ,און
פארגעסט נישט קיין עוולות ,דעמאלטס פירט זיך דער אייבערשטער אזוי
צו אים.
דאס איז פשט ,כי זוכר כל הנשכחו"ת אתה הוא מעולם ,דער
אייבערשטער געדענקט אלעס וואס דער מענטש פארגעסט ,און
ווען א מענטש פארגעסט וואס איינער האט אים מצער געווען און איז
מוחל אויף זיין כבוד ,איז דאס אים א זכות צום יום הדין ,אז הגם ואין
שכחה לפני כסא כבודיך ,דער אייבערשטער פארגעסט גארנישט ,מיט
דעם אלעם אז דער מענטש פארגעסט יענעם'ס עוולות ,פירט זיך דער
אייבערשטער מיט אים מדה כנגד מדה און געדענקט נישט זיינע עוולות,
נאר ער איז אים מוחל אויף אלע עבירות.
*
יג ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
לעתיד וועלן אלע פארלוירענע נשמות צוריקקומען
והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האובדים בארץ אשור
והנדחים בארץ מצרים )סדר שופרות(.
ווען דער אייבערשטער וועט העלפן דער גואל צדק וועט קומען ,יתקע
בשופר גדול ,וועט ער בלאזן מיט א שופר גדול ,ובאו האובדים
בארץ אשור ,עס וועלן צוריקומען די אלע פארלוירענע בארץ אשו"ר ,די
אלע פארלוירענע קינדער וואס זענען נעבעך פארלוירן געווארן אינעם
לאנד פון גליקליכקייט און שוואויל טאג ,ווען משיח וועט קומען וועלן די
אלע פארלוירענע נשמות צוריקקומען.
*
דער אייבערשטער זעט די מחשבה פון תשובה
כי אתה שומע קול שופר ומאזין תרועה ואין דומה לך )סדר שופרות( .דער
רמב"ם זאגט אז די מצוה פון תקיעת שופר איז מעורר זיין צו
תשובה ,שטייט אין ספרים אז די תכלית התשובה איז די מחשבה אין
הארץ וואס א מענטש נעמט זיך פאר צו פארבעסערן זיינע מעשים,
מלאכים ווייסן אבער נישט קיין מחשבות פון קיין מענטש ,נאר דער
הייליגער באשעפער ווייסט די מחשבות .וועגן דעם זאגט מען כי אתה
שומע קול שופר ומאזין תרועה ,דער אייבערשטער הערט דעם קול שופר
און די תרועה וואס איז מעורר א איד צו תשובה ,און ער זעט די מחשבה
אין הארץ וואס נעמט זיך פאר צו זיין גוט ,ואין דומה לך ,אין די זאך איז
קיינער נישט גלייך צו דיר ,ווייל אפילו מלאכים ווייסן נישט די מחשבות
פון א מענטש ,נאר דער איין איינציגער הייליגער באשעפער.
y
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש יד
רבינו סעדיה גאון ברענגט צען טעמים אויף די מצוה
פון תקיעת שופר.
‹ › טעם א'
ראש השנה איז דער טאג וואס דער אייבערשטער האט באשאפן די
וועלט און געקעניגט אויף די וועלט ,און דאס איז די סדר פון
קעניג אז מ'בלאזט פאר זיין מיט פייפער'ס כדי מודיע זיין און לאזן הערן
איבעראל זייער קעניגרייך ,און וועגן דעם בלאזט מען שופר ,ווייל מיר
זענען מיט דעם ממליך דעם הייליגן באשעפער אין טאג פון ראש השנה.
און דער פסוק זאגט )תהלים צח ו( בחצוצרות וקול שופר הריעו לפני המלך
ה'.
דער טעם פארוואס דוקא ראש השנה איז מען ממליך דעם
אייבערשטן ,ווייל דער אייבערשטער איז שוין געווען מלך אויך
פאר די וועלט באשאף ,אבער 'אין מלך בלא עם' ,א קעניג איז נאר מיט א
פאלק ,וועגן דעם ראש השנה וואס דעמאלטס איז דער מענטש באשאפן
געווארן ,איז אנטפלעקט געווארן די קעניגרייך פון השי"ת ,ווייל יעצט איז
שוין דא א פאלק אויף וועם צו קעניגן ,איז יעצט דער ריכטיגער זמן צו
בלאזן שופר ממליך צו זיין דעם בורא כל עולמים.
*
‹ › טעם ב'
ראש השנה איז די ערשטער טאג פון עשרת ימי תשובה ,און מ'בלאזט
שופר כדי מ'זאל נתעורר ווערן צו תשובה.
באמת דער טעם איז א שטיקל סתירה צו די ערשטע טעם ,ווייל די
גמרא זאגט מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול ,א מלך קען
טו ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
נישט מוחל זיין אויף זיין כבוד ,און אויב בלאזט מען שופר ממליך צו זיין
דעם אייבערשטן פאר א קעניג ,ווי אזוי קען ער מוחל זיין אויף זיין כבוד.
שטייט אבער אין ישמח משה )פ' האזינו( אז דאס וואס א מלך קען נישט
מוחל זיין אויף זיין כבוד ,איז דוקא ביי א מלך בשר ודם ,ווייל די
קעניגרייך באלאנגט נישט פאר אים ,ס'איז געווען קעניגן פאר אים ,און
ס'גייט זיין קעניגן נאך אים ,האט ער נישט קיין רעכט מוחל צו זיין אויף
זיין כבוד .אבער דער אייבערשטער איז דאך איין איינציגער קעניג אויף די
גאנצע וועלט ,און די קעניגרייך באלאנגט פאר אים ,ממילא האט ער
רעכט מוחל צו זיין אויף די כבוד פון די מלוכה .בלאזט מען טאקע שופר
ממליך צו זיין דעם באשעפער ,וואס ער איז א מלך יחיד ומיוחד ,און
צוליב דעם טעם טאקע העלפט תשובה ,און דער אייבערשטער איז מוחל.
*
‹ › טעם ג'
צו דערמאנען מתן תורה ,וואס דעמאלטס האט מען אויך געהערט א
קול שופר ,ווי דער פסוק זאגט )שמות יט טז( וקול שופר חזק מאד ,און
מ'זאל מקבל זיין אויף זיך צו היטן די הייליגע תורה.
שטייט אין תשב"ץ אז ביי מתן תורה זענען אלע אבות און אמהות
געווען דארט ,ווי דער פסוק זאגט ויחן שם ישרא"ל נגד ההר,
ישרא"ל איז די ראשי תיבות א'ברהם י'צחק י'עקב ש'רה ר'בקה ר'חל
ל'אה .דער חתם סופר זאגט ,אז ראש השנה קומען די נשמות פון אבות
אין ביהמ"ד און זיי זענען זיך מצרף מיט אונזערע תפלות .דאס איז די רמז
וואס מ'בלאזט שופר צו דערמאנען מתן תורה ,אז אזוי ווי ביי מתן תורה
זענען די אבות ואמהות געווען דארט ,אזוי אויך ראש השנה קומען זיין
אראפ אין ביהמ"ד און דאווענען מיט צוזאמען מיט אונז.
*
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש טז
‹ › טעם ד'
צו דערמאנען די מוסר ווערטער פון די נביאים וואס זענען צוגעגליכן צו
תקיעת שופר .ווי דער פסוק זאגט )יחזקאל לג ד( ושמע השומע את קול
השופר ולא נזהר וגו'.
שטייט אין ייטב לב )פ' תולדות( אז ווען צדיקים זענען מתפלל ,עפענען
זיי א וועג פאר די שפעטערדיגע דורות ,אז אפילו מ'איז נישט
אליין ראוי מתפלל צו זיין ,זאלן זיי אויך געהאלפן ווערן דורך די תפלות.
זאגט דער קדושת יו"ט )פ' תצוה( אז די זעלבע זאך איז ביי יעדע דבר רוחני,
אפילו מען איז נישט אליין בכח צו טון עפעס בשלימות ,פארלאזט מען
זיך אויף די כח פון די פריערדיגע צדיקים .ממילא ווען מ'דארף זאגן מוסר
פאר אידישע קינדער ,אפילו מ'איז נישט אליין בכח טוט מען זיך פארלאזן
אויף די כח פון די פריערדיגע צדיקים וואס זיי האבן שוין געעפענט א
וועג פאר די שפעטער'דיגע דורות.
*
‹ › טעם ה'
צו דערמאנען חורבן בית המקדש וואס דעמאלטס איז געווען א קול
תרועה פון די פיינט .ווי דער פסוק זאגט )ירמיה ד יט( כי קול שופר
שמעה נפשי תרועת מלחמה.
חז"ל זאגן כל דור שלא נבנה בית המקדש בימיו כאילו נחרב בימיו,
יעדער דור וואס דער בית המקדש איז נישט געווארן אויפגעבויט
איז אזוי ווי ס'איז חרוב געווארן אין דעם דור .אמאל האט זיך דער
הייליגער ישמח משה זייער מצער געווען אויף דעם מאמר חז"ל ,און ער
האט געזאגט ,דאס מיינט אז אין מיינע צייטן איז חס ושלום דער בית
המקדש חרוב געווארן ,האט אים געזאגט זיין זון הרה"ק רבי אלעזר ניסן
מדראהביטש זצ"ל אז דער פשט איז ,אזוי ווי ווען דער בית המקדש איז
יז ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
חרוב געווארן און אידן האבן זיך מצער געווען ,האט דער צער מכפר
געווען די עבירות ,אזוי אויך אין יעדן דור ווען דער בית המקדש ווערט
נישט אויפגעבויט ,און מען איז זיך מצער אויף דעם ,איז דאס מכפר די
עבירות.
וועגן דעם בלאזט מען שופר צו דערמאנען חורבן בית המקדש ,און די
צער אויף חורבן בית המקדש דאס איז מכפר אין דעם הייליגן
טאג ראש השנה.
*
‹ › טעם ו'
צו דערמאנען עקידת יצחק וואס יצחק אבינו האט זיך מוסר נפש
געווען פאר השי"ת.
דער מדרש זאגט אז דער אייבערשטער האט זיך בארימט מיט אברהם
אבינו ,ווען איך האב אים געהייסן ער זאל מקריב זיין יצחק אויף
די עקידה ,וואלט ער מיר געקענט זאגן ,נעכטן האסטו מיר געזאגט כי
ביצחק יקרא לך זרע ,אז פון יצחק וועלן ארויסקומען ווייטערדיגע דורות,
און יעצט הייסטו איך זאל אים מקריב זיין אויף די עקידה ,אבער אברהם
אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות אויף השי"ת .זאגט דער ישמח
משה )פ' וירא( אז דאס איז א שטארקע מליצה און א זכות פאר אידישע
קינדער אין די הייליגע טעג ,ווען די מקטריגים ווילן מקטרג זיין ,זאגט
השי"ת ,אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות אפילו ער האט
געהאט א שטארקע קשיא ,מדה כנגד מדה לאז איך נישט פרעגן קיין
קשיות אויף אידישע קינדער .וועגן דעם בלאזט מען שופר צו דערמאנען
עקידת יצחק ,מעורר צו זיין די מליצה ישרה ,און אין דעם זכות איז מען
זוכה צו א גוט געבענטשט יאר.
*
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש יח
‹ › טעם ז'
דאס הארץ זאל ווערן אויפגעציטערט פון די קול השופר און דורכדעם
זאל מען צוברעכן דאס הארץ פאר השי"ת .ווי דער פסוק זאגט
)עמוס ג ו( אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו.
מ'בלאזט שופר כדי דאס הארץ זאל ווערן אויפגעציטערט ,מ'זאל
אריינטראכטן אז אין דעם טאג שרייבט מען אן וואס עס
גייט זיין א גאנץ יאר ,אבער לכאורה איז דאס אן עבודה מיראה ,ווייל
מ'נעמט זיך פאר צו פארבעסערן די מעשים מכח די יראה און פחד פונעם
יום הדין .שטייט אבער אין ייטב לב )פ' ראה( אז אמאל ווען ס'איז געווען א
בית המקדש און מ'האט געזען כסדר אפענע זאכן ,איז נישט געווען אזא
גרויסע זאך ווען מ'האט געדינט דעם אייבערשטן אדער געטון תשובה
וועגן יראת העונש ,אבער היינט אין גלות ווען ס'איז דא אזא הסתר פנים,
איז אפילו אן עבודה וואס איז וועגן פחד פון יראת העונש אויך זייער
חשוב ביי השי"ת ,ווייל דאס אליין אז מ'האט די אמונה אין שכר ועונש
איז געוואלדיגע חשיבות.
*
‹ › טעם ח'
צו דערמאנען דעם יום הדין הגדול וואס וועט זיין ווען משיח וועט
קומען ,אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק )צפניה א יד( כי קרוב יום ה' הגדול
וגו' יום שופר ותרועה.
ווען מ'בלאזט שופר ווערט נתעורר דאס וועט זיין לעתיד ווען משיח
וועט קומען ,אז אלע אידן טון א שלימות'דיגע תשובה ,און דער
אייבערשטער רעכנט שוין פאר יעצט די זכותים פון אידישע קינדער ,וואס
גייט זיין לעתיד ,און דורכדעם איז מען זוכה ביום הדין פון ראש השנה.
*
יט ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
‹ › טעם ט'
צו דערמאנען דעם טאג וואס דער אייבערשטער וועט צוזאמען נעמען
אידישע קינדער פון גלות ,אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק )ישעיה כז יג(
והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול ובאו האובדים בארץ אשור וגו'.
שטייט אין ייטב לב )פ' בא( ווען א איד דאנקט דעם אייבערשטן ,נישט
נאר אויף די חסדים וואס ער האט יעצט ,נאר אויך אויף די
חסדים וואס דער אייבערשטער גייט טון ,אזוי ווי מ'זאגט ביי די זמירות
שב"ק ,מודה אני לפניך וכו' על כל החסד אשר עשית עמדי ואשר אתה
עתיד לעשות עמי ,דעמאלטס מדה כנגד מדה רעכנט אים דער
אייבערשטער זיינע מצות ,אפילו וואס ער האט נאך יעצט נישט געטון,
נאר ער גייט טון אינעם עתיד ,רעכנט עס דער אייבערשטער כאילו ער
האט עס שוין יעצט געטון .קומט אויס אז ראש השנה אפילו מ'האט נישט
חס ושלום גענוג זכותים ,רעכנט דער אייבערשטער די זכותים וואס
מ'גייט טון אינעם עתיד .קען זיין אז דאס איז נאך א טעם פארוואס
מ'בלאזט שופר ראש השנה ,מיר דאנקן דעם אייבערשטן אויף אלע
חסדים פון ביז אהער ,און אויף אלע חסדים וואס ער גייט טון אינעם
עתיד ,און אויך אויף דעם וואס מיר וועלן בקרוב זוכה זיין אז דער
אייבערשטער וועט צוזאמען נעמען אידישע קינדער פון גלות ,און אים
דעם זכות איז מען זוכה ראש השנה בדין.
*
‹ › טעם י'
צו דערמאנען תחיית המתים און צו גלייבן אין דעם ,ווי דער פסוק זאגט
)ישעיה יח ג( כל יושבי תבל ושוכני ארץ כנשוא נס הרים תראו וכתקוע
שופר תשמעו.
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש כ
שטייט אין בני יששכר ווען א איד זינדיגט חס ושלום פארן הייליגן
באשעפער דער מלך מלכי המלכים ,ווי אזוי קען ער תשובה
טון ,די גמרא זאגט מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול .נאר דער
אייבערשטער איז אונזער טאטע ,און א טאטע קען יא מוחל זיין פאר זיין
קינד .דאס אז דער אייבערשטער איז אונזער טאטע זעהט מען ביי תחיית
המתים ,וואס די גמרא זאגט אז די שליסל פון תחיית המתים איז אין די
הענט פון הקב"ה ,און ער וועט אליין מאכן תחיית המתים לעתיד ,איז
לכאורה שווער דער אייבערשטער איז דאך א כהן ,און ווי אזוי קען ער
זיך כביכול מטמא זיין צו אידישע קינדער ,איז די תירוץ אז אידן זענען
קינדער פון הייליגן באשעפער ,און א טאטע מעג זיך מטמא זיין צו א
קינד .וועגן דעם בלאזט מען שופר צו דערמאנען תחיית המתים ,וואס פון
דעם זעט מען אז מיר זענען קינדער פון הייליגן באשעפער ,און דורכדעם
העלפט תשובה ,און מיר וועלן זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
y
כא ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
hניצוצי אורה והתחזקות לראש השנה g
‹ › סליחות פארטאגס ברוב עם הדרת מלך
דער רמב"ם זאגט )הלכות תשובה פ"ג ה"ד( ונהגו כולם לקום בלילה וכו'
ולהתפלל בבתי כנסיות בדברי תחנונים ובכיבושין עד שיאור היום .און
אזוי איז טאקע געווען דער מנהג ישראל אז מ'איז אויפגעשטאנען
אינדערפרי און מ'האט געזאגט סליחות פארטאגס באשמורת הבוקר,
דעמאלטס איז א עת רצון וואס מ'קען מתפלל זיין ,און די תפלות ווערן
נתקבל צו הקב"ה.
אוודאי ווען מ'גייט אין ביהמ"ד איז דא מנינים איינס נאך די אנדערע,
סיי סליחות ,און סיי צום דאווענען ,אבער אן ארנטליכער בחור ,א בחור
א בן תורה ,וואס ער האט אין זיך א ריח תורה און א ריח פון יראת שמים,
דארף זיך קובע זיין אז סליחות שטייט מען אויף פארטאגס ,און מ'קומט
אין בית המדרש און מ'זאגט סליחות ברוב עם הדרת מלך ,און דערנאך
זעצט מען זיך אוועק לערנען כאטש א שעה צוויי ,און אזוי גרייט מען
זיך צו צום דאווענען.
ס'איז זייער גוט ווען בחורים קומען זיך צוזאם און מ'זאל דאווענען
צוזאמען ,נישט מיט קיין כאפעריי ,אז מ'דאווענט א גאנץ יאר ,איז דאך
מכל שכן אז אין די טעג דארף מען נזהר זיין בתפלה ,אז ס'זאל זיין ראוי,
ווען מ'זאגט המלך הקדוש ,זאל עס זיין ראוי לכבודו פון מלכות) .דרשה
סוף זמן ה' תבא תשנ"ח(
y
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש כב
‹ › זיך גרייטן צום יום טוב מיטן לערנען הלכות חג בחג
א בחור א בן תורה דארף צו וויסן תקיעת שופר איז טאקע א מצות
עשה ,מ'בלאזט עס אין בית המדרש ,אבער א בחור וואס איז נאר א
שטיקל בן תורה דארף וויסן אן הלכה פון א תקיעה ,ער דארף וויסן וואס
הייסט די שיעור תקיעה ,די שיעור תרועה ,ווי גרויס דארף צו זיין א
תקיעה ,ווי גרויס דארף צו זיין א תרועה ,ס'איז דא א מחלוקה רש"י און
דער ריב"א וויפיל מ'בלאזט ,ט' טרומיטין צי ג' טרומיטין ,און ווי אזוי
איז א שברים תרועה ,ווילאנג דאס דארף צו זיין ,בנשימה אחת ,שתי
נשימות ,אדורכצולערנען און וויסן א הלכה פון תקיעת שופר ,ווי אזוי
פסק'נט מען ,ווי אזוי איז מען מחמיר ,צוגיין צו א מצוה און האבן עפעס
געלערנט.
די זעלבע ווען ס'קומט שפעטער די אנדערע ימים טובים ,וואס
הייסט ד' מינים ,וואס הייסט א אתרוג מהודר ,מ'גייט און מ'קויפט א
אתרוג ,אויף וואס צאלט מען געלט? ,אויף וואס לאזט מען זיך קאסטן
אסאך געלט? ,וואס איז די הידור? ,וואס הייסט א שיינע לולב? ,אויף
יעדע זאך דארף מען וויסן א מקור אין די הלכה.
מ'לערנט מסכת סוכה ,אדער הלכות סוכה ,וואס הייסט א סוכה ,א
פסול'ע סוכה ,א כשר'ע סוכה ,די שיעור ,סכך פסול ,ג' טפחים ד'
טפחים ,אויר ,באקאנטע הלכות אין סוכה ,מ'זאל וויסן וואס ס'הייסט א
סוכה.
אבער אין די זעלבע צייט דארף מען וויסן ,אז כדי די ימים טובים
זאלן אויפהייבן דעם מענטש מיט א התרוממות הנפש ,דארף מען
דורכלערנען חסיד'ישע ספרים ,יעדער טרעפט וואס זיין נשמה ציהט,
דער ספר אדער יענער ספר ,כולם קדושים ,אלע ספרים זענען הייליג,
כג ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
תלמידי בעל שם האבן אריינגעלייגט אזא געוואלדיגע כח הקדושה אין
זייערע ספרים.
ווען מ'לערנט אדורך די ספרים ,פילט מען וואס הייסט א תקיעה,
וואס הייסט א תרועה ,גנוחי גנח ילולי יליל ,דאס הארץ איז צובראכן
מרוב חטאים עונות ופשעים ,און ווי אזוי מ'קען זיך מיט דעם
אויסלייטערן ,וואס די תקיעה איז מרמז ,און וואס די תרועה איז מרמז,
וואס יום כיפור איז מרמז ,וואס א לולב איז מרמז ,וואס א סוכה איז
מרמז ,אזוי אויך אלע ימים טובים .אז מ'לערנט א מוסר ספר ,ווארעמט
דאס אויף ,דאס וועקט אויף ,און עס מאנט ,תקיעת שופר זאגט עורו
ישנים משינתכם ,אבער ס'איז נאך דא א ענין וואס העלפט אויפוועקן פון
דעם טיפן שלאף) .דרשה סוף זמן ה' תבא תשנ"ח(
y
‹ › לערנען הלכות אין ספרי חסידות
ס'איז דא די לימודים פון יו"ט ,מסכת ראש השנה ,צי ענינים אין
מסכת יומא ,מסכת סוכה ,שולחן ערוך ,צי די הלכות פון ראש השנה ,די
הלכות פון יום כיפור ,די הלכות פון סוכה ,לאמיר נישט צוגיין צום יו"ט
טריקן אן א לחלוחית פון תורה ,מ'קען נישט מרגיש זיין קיין טעם אין
יום טוב אז מ'לערנט נישט די הלכה פון דעם יו"ט ,און ס'איז דא אסאך
סימנים אין שו"ע וואס מ'דארף אדוכצולערנען ,א איד איז מען נאר אז
מ'קען די הלכות.
לאמיר אויסנוצן די צייט לערנען די הלכות פון יו"ט ,צי די גמרא פון
יו"ט ,לאמיר אויסנוצן די צייט אריינקוקן אין א מוסר ספר ,ווען דען
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש כד
אויב נישט יעצט ,אויב נישט אין די מורא'דיגע צייט וואס א איד דארף
זיך בארעכענען ,א איד איז זיך מחויב צו מאכן א חשבון הנפש ,און דאס
איז מסייע אז מ'לערנט ספרי יראה ,מ'לערנט ספרים וואס זענען
ספעציעל געמאכט געווארן להלהיב לבבות ישראל לאביהם שבשמים,
מ'קוקט אריין אין א ספר און מ'ווערט געוואר אז נישט נאר מ'האט נישט
יוצא געווען כלפי שמיא ,נאר מ'האט נישט אנגעהויבן צו טון עפעס
כלפי שמיא ,נישט נאר מ'האט נישט געטון כלפי שמיא ,נאר מ'האט
נעבעך יא געטון ,מ'האט געטון אנדערע זאכן וואס מ'טאר נישט צו טון,
ביי דעם האלט מען.
מ'מוז דאך האבן עמיצער וואס זאל מעורר זיין ,דאס איז נאר אז
מ'לערנט א מוסר ספר ,א חסיד'יש ספר ,מ'לערנט ספרים הקדושים פון
תלמידי בעל שם הקדוש ,ס'הייבט אויף א מענטש ,ס'איז מעורר
ס'ווארעמט אים אויף ,ס'זאגט אים עפעס ,ס'זאגט אים וואס איז דער
הייליגער באשעפער ,וואס איז די הייליגע תורה ,וואס איז די הייליגע
יו"ט ,און וואס א איד איז) .דרשה סוף זמן ה' נצו"י תשנ"ט(
y
‹ › זיך אויפוועקן פון שלאף א גאנץ חודש
תקעו בחודש שופר בכסא ליום חגינו ,וואס הייסט תקעו 'בחודש'
שופר ,מ'זאל בלאזן אין חודש? בלאזט מען דען אין חודש? מ'בלאזט
דאך נאר ראש השנה וואס דאס איז ראש חודש .נאר דער אמת איז
מ'דארף צו וויסן וואס איז שופר ,דער רמב"ם זאגט שופר איז עורו
ישנים משנתכם ,ראש השנה וואס דאס איז ראש חודש בלאזט מען
טאקע שופר בפועל ,אבער דער אמת איז אז א גאנץ חודש דארף בלאזן
כה ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
שופר ביי זיך אין הארץ ,עורו ישנים משינתכם איז נישט געזאגט
געווארן בלויז ראש השנה ,דאס איז תקעו בחוד"ש שופר ,א גאנץ חודש
זאל מען בלאזן שופר ,בכסא ליום חגינו ,נאר באתכסיא ,ראש השנה
בלאזט מען באתגליא ,און די איבעריגע צייט בלאזט מען שופר
באתכסיא ,אבער ביי זיך אין הארץ דארף יעדער איינער מפשפש
במעשים זיין ,און נתעורר ווערן א גאנץ חודש צו תשובה) .דרשה סוף זמן
ה' תבא תשנ"ח(
y
‹ › דער דין ומשפט וואס ווארט אויף יעדן איינעם
עס קומט דער הייליגע טאג ראש השנה ,וכל באי עולם יעברון לפניך
כבני מרון ,יעדער איינער גייט אדורך פארן רבונו של עולם ,ער קוקט אן
יעדן איינעם ,און ער איז דן יעדן איינעם ,און ער זעהט יעדער איינער
וואס ער האט געטון ,ס'איז א יום המשפט ,און דערפאר איז דאס 'ימים
נוראים' ,טעג פון מורא און פון פחד ,די פחד דארף צו זיין א פחד וואס
זאל דורכנעמען א מענטש פון קאפ ביז פיס ,ער זאל שטיין באימה
ובפחד ,און ער זאל זיך מתבונן זיין וואס דאס מיינט ,וויסן אז ער גייט
זיך שטעלן פאר א משפט פארן בורא כל עולמים ,דאס איז דער דיין
האמת ,ס'בלאפט זיך גארנישט ,מ'שטייט פארן כסא הכבוד ,און השי"ת
אליינס איז דן.
אמת כי אתה הוא דיין ומוכיח ,דער אייבערשטער איז א דיין ,ווען
יעדער איינער גייט אדורך פארן אים ,און ער קוקט אן יעדן מענטש ,יעדן
באשעפעניש ,און ער זעהט וואס ער האט געטון בדיבור במעשה
ובמחשבה ,גארנישט איז נישט פארהוילן ,ער זעהט דעם אמת לאמיתו.
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש כו
און דער אייבערשטער איז אויך מוכיח ,בשעת דער אייבערשטער איז דן
זאגט ער דברי תוכחה פאר יעדע בריאה ,ער קוקט אן יעדן מענטש ,און
ער זעהט אז דאס און דאס איז געטון געווארן ,פרעגט ער דעם מענטש
היתכן? ווי אזוי האסטו דאס געטון? ,ווי אזוי האסטו זיך געטרויעט אזא
מין זאך צו טון? ,ווי אזוי האסטו זיך דערוואגט אזא מין זאך צו טון?,
און די נשמה שטייט אויבן ,און אויף יעדע זאך וואס מ'דערמאנט אים דו
האסט דאס און דאס געטון ,ענטפערט די נשמה ,על הן הן ,ועל לאו לאו,
ער איז מודה אויף וואס ער האט יא געטון און אויף וואס ער האט נישט
תוכחה פון הקב"ה אליינס ,און געמעגט טון ,מען הערט די דברי
ס'כאפט אן א בושה ,מען טרויעט זיך נישט אויפצוהייבן די אויגן ,ווייל
וואס מ'זאגט און וואס מ'ליינט איז 'מאליו יקרא' ,אלעס איז אמת ,און
מיט קיין פאלשע תירוצים פרובירט מען אפילו נישט אפצולייקענען,
ווייל מ'פארשטייט און מ'ווייסט אז דאס איז די מקום המשפט ווי ס'איז
אלעס אמת וצדק ,מ'דארף געבן א דין וחשבון אויף יעדע זאך ,און אויב
ס'טויג נישט ,טויג זייער נישט.
מיר שטייען נאך יעצט א פאר טאג פאר דעם הייליגן טאג ראש
השנה ,און מ'קען נאך מתקן זיין ,מ'קען נאך אסאך און אסאך זיך
צוגרייטן מליצי יושר ,אוועק צונעמען די חטאים עונות ופשעים ,אוועק
צונעמען דעם חרון אף ,אז מ'זאל נישט שטיין מיט אזויפיל בושה.
אזוי גייט אדורך ראש השנה ,און מ'געט אים נאך צען טעג ביז יום
הכיפורים דער הייליגן טאג ,עס איז קראוהו בהיותו קרוב ,מ'קען נאך
מתקן זיין -א גאנץ יאר קען מען מתקן זיין ,יעצט על אחת כמה וכמה,
ס'איז גרינגער ,השי"ת איז נענטער און ער קוקט ארויס ,ער איז א פותח
שער לדופקי בתשובה ,אז מ'זאל חוזר זיין בתשובה.
כז ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
און אז מ'רעדט פון דעם דארף מען צו וויסן ,אז מ'מיינט דאס נישט
בלויז ווערטער ,נאר מ'זאל וויסן אז דאס איז טאקע דברים אמיתיים און
דאס איז געזאגט געווארן פאר יעדן איינציגן מענטש ,אים מיינט טאקע
דער פסוק.
שטייט אין יערות דבש אז די זיבן וואכעדיגע טעג פון עשרת ימי
תשובה -אויסער ראש השנה יום כיפור איז דא זיבן טעג -דעמאלטס
קען מען מתקן זיין אין די זיבן טעג יעדן טאג וואס מ'האט פוגם געווען
יעדן טאג פון די וואך ,זונטאג מיינט אלע זונטאג'ס ,מאנטאג אלע
מאנטאג'ס ,און אזוי קומט אויס אז אין איין טאג פון די וואך דארף מען
און מען קען מתקן זיין אלעס וואס מ'האט געטון אין דעם טאג ,ליגט א
גרויסע אויפגאבע אויף יעדן מענטש ער זאל נישט דורכלאזן די צייט
מיט נארישקייטן.
און אזוי גייט ווייטער עד בוא יום העשור ביז ס'קומט אן דער
הייליגער טאג יום כיפור דער יום סליחה ומחילה ,און נאכדעם קומט
דער יו"ט סוכות וואס אידן זענען זוכה תשובה צו טון מאהבה ,מיט די
ד' מינים און מיט די מצות עשה פון סוכה ,ביז הושענא רבה שמיני
עצרת שמחת תורה ,אלעס געהויבענע טעג אין דעם חודש תשרי ,דאס
איז די געהויבענסטע חודש אין יאר) .מתוך דב"ק בישיבה"ק ה' תבא תשנ"ח(
y
‹ › בלייבן מיט די קבלות טובות פון די הייליגע טעג
דער מחבר אין סימן תקפ"ה ס"א הייבט אן ,צריך לתקוע מעומד,
מ'דארף בלאזן שופר שטייענדיג ,זאגט אויף דעם דער רמ"א הג"ה,
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש כח
ונוהגין ,דער מנהג איז ,לתקוע על הבימה ,מ'בלאזט אויף די בימה,
במקום שקורין ,דארט וואו מ'ליינט די תורה .כ'האב מיך אביסל מתבונן
געווען אין די ווערטער פון שו"ע ,וואס פאר א שייכות האט תקיעת
שופר שופר צו קריאת התורה.
כ'האב געקלערט אזוי ,ס'איז דא א באקאנטע ישמח משה )פ' ראה(
אויפן פסוק לא תעשון ככל אשר אנחנו עושים פה היום איש כל הישר
בעיניו ,כי לא באתם עד עתה אל המנוחה ואל הנחלה .ווייל דער נביא
זאגט )ירמיה לא טו( מנעי קולך מבכי וכו' כי יש שכר לפעולתך ושבו בנים
לגבולם ,זאגט דער ישמח משה ,מ'זעהט ס'קומען די הייליגע טעג ,אידן
פאסטן ,אידן דאווענען ,אידן זאגן תהלים ,און מ'טוט אלעס כמצווה
עלינו ,און דאך האט מען נאכנישט אויסגע'פועל'ט די גאולה שלימה .די
סיבה איז ,אמת מ'בלאזט שופר און מ'קלאפט על חטא ,און מ'פאסט יום
הקדוש און מ'טוט די אלע מצות היום ,אבער דער עיקר איז עזיבת
החטא ,א איד אז ער האט חוטא געווען און ער האט געטון עפעס קעגן
רצון ה' ,און ער וויל תשובה טון ,איז די עיקר תשובה חרטה אויפן עבר,
אבער די חרטה אויפן עבר מוז אויסגעדרוקט ווערן אין עזיבת החטא,
מ'לאזט אפ די אלטע מעשים ,מ'טוט מער נישט דאס וואס מ'האט געטון
ביז היינט ,טאמער איז נישטא קיין עזיבת החטא ,דעמאלטס איז א סימן
אז מ'האלט נישט ביי גארנישט.
זאגט דער נביא מנעי קולך מבכי ,כי יש שכר לפעולתך ,אויף אלע
פעולת המצות וואס מ'האט געטון צאלט מען שכר ,אבער אויב ס'איז יא
אזוי פארוואס איז מען נאכנישט געהאלפן געווארן מיט די ריכטיגע
גאולה ,ווייל ושבו בנים לגבולם ,ווען ס'גייט אדורך די ימים נוראים
קערט מען זיך צוריק צום אלטן ,ס'איז אזא יאר ווי פאר א יאר ,ס'איז
כט ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
נישטא קיין עזיבת החטא ,ממילא האט מען גארנישט אויפגעטון מיט די
תשובה ,האלט מען ווי מ'האט געהאלטן.
טייטשט דער ישמח משה ,לא תעשון ככל אשר אנחנו עושים פה
היום ,זאלסט נישט טון אזוי ווי מ'האט געטון ביז יעצט ,אזוי ווי ס'זעהט
אויס דער היינטיגער טאג ,והראיה אז ס'איז נישט גוט ,כי לא באתם עד
עתה אל המנוחה ואל הנחלה ,אז מ'איז נאכנישט געקומען אל המנוחה
ואל הנחלה ,איז א סימן אז די אלעס וואס מ'האט געטון האט נישט
געטויגט ,ממילא זאל מען נישט טון אויף דעם אופן ,נאר מ'זאל עס טון
אויף א בעסערע אופן אויף א שענערן אופן .אזוי טייטשט דער ישמח
משה.
דער זיידע ז"ל אין ייטב לב די וואך פרשת נצבים האט א שיינע
שמועס איבער דעם ענין ,ס'איז דא א מדרש אם יש כאן אעברה נא אין
כאן סלח נא ,אם יש כאן סלח נא אין כאן אעברה נא ,זאגט דער ייטב לב
ס'איז דא 51טעג פון ראש חודש אלול ביז נאך הושענא רבה ,ווען
ס'קומט חודש אלול און מ'הייבט אן צו בלאזן שופר ,באקומט יעדער
איד אן ערנסטקייט פון אלול ,אן ערנסטקייט פון די הייליגע טעג,
מ'ווערט נתעורר מ'ווערט אנגעווארעמט ,וואס דען פאסירט ,אז נאך די
הייליגע טעג איז ושבו בנים לגבולם ,ס'גייט אדורך די ימים טובים און
ס'הייבט זיך אן ווידער די וואכעדיגע טעג ,איז מען דער זעלבער מענטש
וואס מ'איז געווען ביז יעצט .זאגט ער אם יש כאן אעברה נא ,אז דער
מענטש זאגט אעברה נ"א זאל נאר אדורכגיין די נ"א יום ,לאמיר דאס
אדורכשוויצן אדורכשטיפן ,יעצט איז טאקע אזעלכע מורא'דיגע טעג
מ'טאר דאס נישט טון מ'טאר יענץ נישט טון ,מ'דארף זיך אביסל
אכטונג געבן ,אבער ווען די טעג וועלן דורכגיין וועט מען שוין צוריק
זען וואס מ'האט צו טוהן אויף דעם עולם ,דעמאלטס איז אין כאן סלח
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש ל
נ"א ,איז דער אייבערשטער נישט מוחל .פירט ער אויס אתם נצבים
היום ,מ'זאל שטיין ,וואס הייסט שטיין ,די אלע הרהורים טובים,
מחשבות טהורות ,אלעס וואס מ'איז זיך מקבל אין די הייליגע טעג ,זאל
בלייבן שטיין אויפן זעלבן מעמד ,אויפן זעלבן מצב ,מ'זאל נישט פאלן
פון די מדריגה ,נאר אלעס וואס מ'פירט זיך ,וואס מ'וויל ,זאל מען זעהן
אז ס'זאל בלייבן שטיין.
שטייט אין מדרש אם אתם רוצים לעמוד בעולם עסקו בתורה ,טייטש
דארט דער זיידע ז"ל מיט דעם אם אתם רוצים לעמוד בעולם ,אז מ'וויל
ס'זאל בלייבן שטיין ,דאס הייסט אז דאס וואס מ'האט זיך מקבל געווען
וואס מ'איז נתעורר געווארן זאל זיין ישראל במעמדם ,מ'זאל זיך האלטן
מיט דעם ,וואס איז די עצה צו דעם ,עסקו בתורה ,מ'זאל עוסק זיין
בתורה ,די כח הקדושה פון די תורה איז אז דאס אלעס וואס מ'האט זיך
מקבל געווען די הייליגע טעג ,דאס אלעס וואס מ'וויל זיין באמת -א
איד וויל דאך דאס באמת זיין דאס וואס ער איז זיך מקבל אין די הייליגע
טעג ,נאר ס'האלט זיך נישט ,אז מ'וויל ס'זאל זיך האלטן ס'זאל בלייבן
שטיין -איז עסקו בתורה ,דאס איז קדושת התורה ,אזוי טייטשט דער
זיידע ז"ל אין ייטב לב די וואך אין פרשת נצבים.
דער רמב"ם זאגט ,דער טעם פון תקיעת שופר איז עורו ישנים
משינתכם ,די שופר איז מעורר אידישע קינדער צו תשובה ,דער קול
שופר מאנט ,דער קול שופר וועקט ,און דער קול שופר רעדט ,ס'רעדט
ווערטער ,מ'דארף עס נאר דערהערן ,אזוי ווי מ'מאכט די ברכה לשמוע
קול שופר ,מ'זאל דערהערן וואס די קול שופר זאגט ,דער שופר זאגט אז
ס'איז ראש השנה אויף די וועלט ,און ס'איז א יום המשפט ,און מ'גייט
אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע מעשה ,אויף יעדן דיבור און אויף
יעדע מחשבה ,דער קול שופר מאנט א איד.
לא ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
אם יתקע שופר בעיר ועם לא יחרדו פרעגט דער נביא )עמוס ג ו(
בלשון בתמיה ,איז דען דאס מעגליך אזא מין זאך ,דער נביא פארשטייט
אפילו נישט ווי אזוי ס'קען זיין אזא מין זאך אז מ'זאל בלאזן שופר,
והעם לא יחרדו ,מ'ווערט נישט אויפגעציטערט -דער פעטער ז"ל
פלעגט צו זאגן היינט איז עס ליידער בניחותא ,אם יתקע שופר בעיר,
מ'בלאזט שופר אין שטאט ,און ועם לא יחרדו ,מ'ווערט נישט
אויפגעציטערט ס'טוט נישט די פעולה ,דאס איז א גרויסע צרה און א
גרויסע פראבלעם ,אבער דער נביא פרעגט דאס בלשון בתמיה ,ווי איז
דאס מעגליך ,ער קען נישט פארשטיין אזא מין זאך ,אז מ'זאל בלאזן
שופר און מ'זאל נישט אויפגעציטערט ווערן ,וועלכע אידישע הארץ
ווערט נישט אויפגעציטערט ראש השנה אז מ'בלאזט שופר באימה
ובפחד.
דאס קען אפשר זיין פשט אין לשון המחבר ,דער מחבר פסק'נט
להלכה צריך לתקוע מעומד ,מ'דארף בלאזן שופר שטייעדיגערהייט,
ס'זאל בלייבן שטיין ,ס'זאל זיך האלטן ,ס'זאל בלייבן ביי דעם וואס
מ'איז זיך מקבל ביי תקיעת שופר.
דער פראבלעם איז ,מען בלאזט טאקע שופר און מען ווערט
אויפגעציטערט ,אבער ווען עס גייט אדורך ראש השנה ,און ס'גייט
אדורך עשרת ימי תשובה ,און מ'בארואיגט זיך ,מ'ווערט רואיג ,און
מ'גייט צוריק צום אלטן ,און מ'האלט דארט וואו מ'האט געהאלטן ,דאס
הייסט נישט אז מ'בלאזט שטייעדיג ,אויב די תקיעת שופר בלייבט נישט
שטיין ,אז ס'האט נישט קיין קיום ,ס'איז נישט א נצחיות ,הייסט נישט אז
מ'בלאזט שטייעדיגערהייט ,תקיעת שופר מעומד איז פשט אז די פעולה
וואס מ'ווערט נתעורר צו תשובה פון תקיעת שופר ,דאס בלייבט אויף
נאך יום טוב אויך.
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש לב
זאגט אויף דעם דער רמ"א ,וואס איז די עצה אז מ'זאל בלאזן שופר
שטייענדיג ,מ'זאל נישט פאלן נאכדעם פון די מדריגה ,ונוהגין און
מ'פירט זיך לתקוע על הבימה במקום שקורין ,אז מ'בלאזט שופר דארט
וואו מ'ליינט די תורה ,אזוי ווי דער זיידע ז"ל זאגט אם אתם רוצים
לעמוד בעולם ,אז וויל מ'בלייבן שטיין ,עסקו בתורה ,זאל מען עוסק
זיין בתורה ,אז מ'האט די כח התורה דעמאלסט בלייבט מען ביי דעם,
טאמער נישט פאלט מען ,מ'קען זיך נישט האלטן ביי דעם וואס די שופר
איז מעורר ,נאר אז מ'איז עוסק בתורה) .לתלמידי הישיבה ה' נצו"י תשנ"ט(
y
‹ › ממליך זיין דעם אייבערשטן מיט די תורה
כ'האב אזוי אינזין געהאט נאך א ענין ,מ'בלאזט שופר אויף די בימה
במקום שקורין בתורה.
איינס פון די טעמים פון תקיעת שופר איז וואס רבי סעדיה גאון
זאגט ,מ'איז ממליך דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט ,וועגן דעם
זאגט מען פסוקי מלכיות ,מ'שרייט אויס אז דער אייבערשטער איז דער
איין איינציגער באשעפער ,און ער איז מלך איבער די גאנצע וועלט.
לכאורה פארוואס טוט מען דאס דייקא אין ראש השנה ,ס'איז דאך
גילטיג א גאנץ יאר.
ווייל ראש השנה איז דער יום הבריאה ,ווען דער אייבערשטער האט
באשאפן דעם מענטש ,אבער אין מלך בלא עם ,דער אייבערשטער איז
געווען מלך פריער אויך ,אבער אן א פאלק אויף וואס איז ער מלך ,ראש
השנה ווען דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש ,איז נתגלה
לג ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
געווארן מלכותו לעיני כל ,ווייל ס'איז שוין געווען אויף וועמען צו זיין
א מלך ,וועגן דעם ראש השנה ווען ס'איז די יום הבריאה און ס'איז
נתגלה געווארן דאס מלכות ,בלאזט מען דעמאלטס שופר אויף דעם
וואס מ'איז ממליך דעם בורא כל עולמים.
די שאלה איז ,ס'איז אמת ויציב אז דער אייבערשטער איז מלך ,אבער
אויף וועמען איז דער אייבערשטער מלך ,ווער טוט אנערקענען דעם
אייבערשטנס מלוכה ,אבער ווער ווייסט דאס? ,ווער פילט דאס? ,און
ווער וויל האבן א שייכות מיטן אייבערשטנ'ס מלוכה?
נאר דער עם הנבחר ,אידישע קינדער וואס האבן מקבל געווען די
תורה ,ואנחנו עמו וצאן מרעיתו ,מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס פאלק,
אז ס'איז דא אידן אויף די וועלט וואס זיי האלטן די תורה ,דעמאלטס
איז דעם אייבערשטנס מלוכה באתגליא.
ווען מ'בלאזט שופר און מען טוט ערקלערן מיטן תקיעת שופר אז
דער אייבערשטער איז א מלך ,בלאזט מען שופר דארט וואו מ'ליינט די
תורה ,ווייל א דאנק דעם וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די
תורה ,ווייסן מיר אז דער אייבערשטער איז מלך ,א דאנק די תורה איז דא
אן עם הנבחר ,איז דא אויף וועמען דער אייבערשטער זאל קעניגן.
א איד ווי אזוי ער זאל נישט אויסזעהן ,ווי שוואך ער זאל נישט זיין,
אבער סוף כל סוף א איד איז ער ,און ער גלייבט אין הייליגן באשעפער,
און ער גלייבט אז דער אייבערשטער איז דער מלך ,און ער זאגט אבינו
מלכינו אין לנו מלך אלא אתה ,איז ער שוין א איד ,און ער האט שוין א
שייכות צום מלך מלכי המלכים ,ער האט א קשר.
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש לד
וועגן דעם בלאזט מען שופר דארט וואו מ'ליינט ,און מ'זאגט פאר
השי"ת ,וואס איך בין בין איך ,איך בין אבער א עבד פארן מלך ,איך טוה
אנערקענען אין דעם אייבערשטנ'ס מלוכה ,און איך וויל האבן א קשר
מיטן מלך ,איך וויל האבן א שייכות מיטן מלך.
און די שייכות מיטן מלך איז דורך די תורה הקדושה ,קודשא בריך
הוא ואורייתא וישראל חד הוא ,דאס איז די קשר פון אידן מיטן
אייבערשטן ,א דאנק די תורה הקדושה זענען מיר אידן ,און א דאנק די
תורה הקדושה זענען מיר מקושר אין הקב"ה ,א דאנק די תורה הקדושה
האבן מיר א קשר טאקע מיטן מלך ,און וועגן דעם בלאזט מען שופר
דארט וואו מ'ליינט די תורה הקדושה ,דאס איז אונז מקשר צום מלך
מלכי המלכים ,און דאס איז א לימוד זכות פאר אידישע קינדער ,דער
ערגסטער איד איז בעסער ווי דער בעסטער גוי ,א דאנק די תורה
הקדושה) .לתלמידי הישיבה ה' נצו"י תשנ"ט(
y
‹ › דער אייבערשטער ווארט אויף 'מיין' תורה
קען זיין פארוואס מ'דערמאנט ראש השנה מתן תורה ]ווי רב סעדיה
גאון זאגט אז מ'בלאזט שופר צו דערמאנען מתן תורה ,וואס דעמאלטס
האט מען אויך געהערט א קול שופר ,ווי דער פסוק זאגט )שמות יט טז(
וקול שופר חזק מאד ,און מ'זאל מקבל זיין אויף זיך צו היטן די הייליגע
תורה[.
בשעת מתן תורה האבן די מלאכים גע'טענה'ט תנה הודך על השמים
)שבת פח ,(:אבער דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה דוקא פאר
לה ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
כלל ישראל ,ווייל משה רבינו האט געפרעגט כלום יצר הרע יש ביניכם,
עטץ האט נישט קיין יצר הרע .א איד ,א בשר ודם האט א יצר הרע ,און
אז ער שלאגט זיך מיט'ן יצר הרע און ער איז לוחם קעגן יצר הרע ,האט
כביכול הקב"ה א תענוג און א קורת רוח ,שאמרתי ונעשה רצוני ,ס'איז
נישט אזוי גרינג אנגעקומען ,מ'האט זיך געדארפט שלאגן מיט א יצר
הרע.
דער אייבערשטער כביכול איז זיך מתענג מיט די עבודה פון ערליכע
אידן ,דורכ'ן מלחמת היצר ,מער ווי די עבודה פון מלאכי השרת וואס זיי
האבן נישט קיין יצר הרע און האבן נישט א בחירה ,און ווייל נאר א בשר
ודם האט א בחירה ,האט ער געגעבן די תורה פאר כלל ישראל.
א מענטש דארף זיך אביסל מתבונן זיין ,דער אויבערשטער האט
מלאכים שרפים חיות ואופני הקודש ,וואס אונז האב מיר נישט קיין
השגה פון זייער קדושה ,און זיי זענען געווען גרייט מקבל צו זיין די
תורה ,אבער דער אייבערשטער האט נישט געגעבן די תורה פאר זיי ,נאר
פאר א בשר ודם וואס לעבט אויפ'ן עולם השפל ,אן אוכל ושותה ,וואס
דרייט זיך ארום דא אויף די וועלט ,פארוואס האט דאס דער
אייבערשטער געגעבן פאר א מענטש? ,ווייל מ'האט א יצר הרע ,ווייל
מ'האט א בחירה חפשית ,און דער אויבערשטער כביכול האט מער הנאה
פון די עבודה פון יעדן בשר ודם ,ווי פון די עבודה פון מלאכים שרפים
חיות ואופני הקודש.
דארף זיך א מענטש אביסל מתבונן זיין ,דער אויבערשטער האט
בוחר געווען צו געבן די תורה פאר מיר ,נישט פאר מלאכים ,פארוואס
האט ער דאס געגעבן פאר מיר און נישט פאר די מלאכים? ווייל כביכול
האט מער הנאה פון די תורה וואס 'איך' לערן ,פון די מצות וואס 'איך'
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש לו
בין מקיים ,ווי די מצות וואס די מלאכים וואלטן געקענט מקיים זיין ,און
די תורה וואס זיי וואלטן געלערנט ,האב איך ערפילט מיין פליכט? האב
איך געטוהן וואס מען דארף?
דער אייבערשטער האט דאך פאר א סיבה געגעבן די תורה פאר א
בשר ודם און נישט פאר מלאכים ,איז דאך פשט אז דער אויבערשטער
פארלאנגט פון 'מיר' אז 'איך' זאל עפעס טון ,האב איך עררייכט דעם
ציל וואס דער אייבערשטער האט ארויפגעלייגט אויף מיר?
א מענטש דארף האבן אביסל דעם ריכטיגן התבוננות ,אביסל
אריינטראכטן ,און אז מ'טראכט אביסל אריין באקומט מען אביסל א
שילד-געפיל ,איך האב נישט געטוהן ביז יעצט וואס כ'האב געדארפט צו
טון ,אבער איך קען מיך בעסערן ,ס'איז דא א געלעגנהייט) .ליל הושענא
רבה תשפ"ו(
y
‹ › דער אייבערשטער פארגעסט נישט פון קיינעם
ס'קומען די הייליגע טעג ,וכולם נסקרין בסקירה אחת ,יעדער
מענטש ,די גאנצע בריאה .אלעס גייט אדורך ,וכל באי עולם יעברון
לפניו כבני מרון ,קיינעם לאזט מען נישט אויס.
ס'איז דא אמאל א מענטש וואס טראכט צו זיך ,פון מיר האט דער
באשעפער פארגעסן ,דער באשעפער האט טאקע יעדן איינעם אינזין,
אבער מיר האט ער נישט אינזין ,חלילה אזוי צו זאגן ,דער באשעפער
האט פון קיינעם נישט פארגעסן ,ער האט יעדן איינעם אינזין ,ער ווייסט
לז ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
יעדן איינעם וואס אים איז גוט ,און יעדן איינעם וואס ער דארף ,און
יעדן איינעם וואס ער ברויך ,און ווען ער ברויך ,יעדן איינעם.
אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם ,אלע שטייען פארן
באשעפער ,דער באשעפער קוקט יעדן איינעם אן ,און ער ווייסט וואס
ער דארף צו האבן ,דער אייבערשטער האט נישט פארגעסן פון קיינעם,
ער ווייסט יעדן איינעם וואס אים דריקט און וואס אים קוועטשט ,און
וואס אים טוט וויי ,כי ידעתי את מכאוביו.
מ'זאגט אין די תפלות ותתן לנו ה' אלקינו את יום הזכרון הזה יום
תרועה מקרא קודש זכר ליציאת מצרים ,וואס הייסט זכר ליציאת
מצרים ,פסח איז זכר ליציאת מצרים ,סוכות קען מען זאגן ,וואס איז
ראש השנה זכר ליציאת מצרים .נאר אין מצרים האט דער אייבערשטער
געזאגט כי ידעתיו את מכאוביו ,איך ווייס יעדן איינעם וואס אים טוט
וויי ,וואס פעלט אים פערזענליך .ראש השנה בלאזט מען שופר זכר
ליציאת מצרים ,וואס דער אייבערשטער האט געזאגט כי ידעתי את
מכאוביו ,איך ווייס וואס יעדן איינעם טוט וויי ,און אז דער
אייבערשטער ווייסט ,דארף מען זיך פארלאזן אויפן אייבערשטען דער
אייבערשטער וועט אלעס פירן צום גוטן) .מתוך דב"ק לפני תלמידי ישיבה"ק
שיעור ד' יום ב' נצוי תשפ"ג(
y
‹ › די געוואלדיגע זכות פון נשים צדקניות
דער טאטע זכרונו לברכה האט אמאל ביי א דרשה אין ראש השנה
מעורר געווען איבער דעם ענין פון צניעות ,און ער האט געזאגט ,דער
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש לח
פסוק זאגט )דברים כט ט( אתם נצבים היום כלכם לפני ה' אלקיכם ,היום
מיינט ראש השנה )זוה"ק בא לב ,(:טפכם ,אין זכות פון תינוקות של בית
רבן ,נשיכם ,מיינט מען אין זכות פון צניעות פון אידישע טעכטער ,אין
זכות פון תשב"ר און אין זכות פון צניעות גייט מען ארויס זכאי בדין
אין ראש השנה.
כ'האב אזוי געקלערט וואס איז דער פשט אז אין זכות פון נשים
צנועות גייט מען ארויס זכאי בדין .נאר דער טאטע ז"ל האט אמאל
נאכגעזאגט פון בעלזער רב הרה"ק מהרי"ד זללה"ה ,אז ווען א אשה
האט חתונה און זי שערט זיך אפ די האר ,ברענגט זי מיט דעם א קרבן
פארן באשעפער ,דאס איז א שווערע זאך ,אז דאס איז ממש א קרבן.
ממילא צוליב דעם איז מען זוכה ראש השנה בדין אין זכות פון די
צניעות פון די נשים ,דאס מיינט מען אין זכות פון דעם מסירות נפש
פון צניעות פון די נשים זענען מיר זוכה ראש השנה אויסצובעטן א גוט
יאר.
איך האב מיך אזוי מתבונן געווען ,תקיעת שופר איז דאך א
געוואלדיגע מצוה ,אזא הייליגע זאך ,פארוואס נשים זענען להלכה
פטור פון תקיעת שופר )שו"ע או"ח סי' תקפ"ט סק"ג(.
נאר עס קען זיין אזוי ,תקיעת שופר איז א ענין פון מסירות נפש,
ס'איז א זכר צו עקידת יצחק )ראש השנה טז ,(.און נשים כשרות וויבאלד
זיי גייען אנגעטוהן בצניעות ,האבן זיי שוין מסירות נפש ,פעלט זיי
שוין נישט אויס אז זיי זאלן בלאזן שופר זוכה צו זיין בדין .אויב פירט
מען זיך אבער נישט חלילה בצניעות ,מיט וואס פאר א זכותים קען מען
זוכה זיין בדין.
לט ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
דארף מען זיך מחזק זיין בעניני צניעות בכללית און בפרטיות,
באמת יעדער איינער ווייסט ,מען דארף נישט מסביר זיין וואס מיינט
צניעות ,אין בית רחל לייגט מען אריין געוואלדיגע כחות בעניני
צניעות ,יעדע פרוי ווייסט וואס מיינט צניעות ,און מיט וועלכען
מלבוש מען מעג גיין וכדומה) .מתוך דרשת שבת שובה שנת תשע"ה(
y
‹ › דברי התבוננות לראש השנה ועשי"ת
ווען ס'קומען די הייליגע טעג ,כאפט אן א אימה און א פחד ,ס'איז
ימים נוראים ,מורא'דיגע טעג ,ס'איז פחד ה' וגאון עוזו ,די גרויסקייט
פון הייליגן באשעפער ,מ'שטעלט זיך פאר א דין ומשפט פארן
איינציגן הייליגן באשעפער אליין ,ווער ווערט נישט אויפגעציטערט.
אידישע קינדער ווערן נתעורר לתשובה ,לב יודע מרת נפשו.
בראש השנה אסור להתוודות
אבער ראש השנה טאר מען זיך נישט מתוודה זיין )עיין של"ה הקדוש
מס' ראש השנה פרק נר מצוה בשם ספר תולעת יעקב( ,דאס איז אזא מורא'דיגע
טאג ,ס'איז אזוי הייליג און ס'איז אזוי הארב ,אז מ'טאר נישט
ארויסברענגן מיטן מויל א חטא ,ווייל מ'קען חלילה מעורר זיין א
קטרוג.
המתוודה צריך לפרט את החטא
ס'איז שוין דורך די צוויי טעג ראש השנה ,מיר שטייען שוין אין די
אנדערע טעג פון עשרת ימי תשובה וואס איז מיוסד אויף תשובה,
ס'איז שוין א זמן וואס מ'מעג זיך שוין מתוודה זיין ,און מ'דארף זיך
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש מ
מתוודה זיין ,ס'איז א חיוב אויף יעדן בעל תשובה ,און די גמרא )יומא
פו (:לערנט דאס ארויס פון משה רבינו ,ס'שטייט )שמות לב לא( אנא חטא
העם הזה חטאה גדולה ויעשו להם אלהי זהב ,אז מ'דארף ארויסזאגן
און זיך מתוודה זיין פארן רבש"ע אויף וואס מ'האט חוטא געווען.
דע לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון
השי"ת זאל העלפן מ'זאל האבן די זכיה צו א אמת'דיגע הרהור
תשובה ,מ'זאל באמת נתעורר ווערן צו תשובה מעומקא דלבא ,יעדער
איינער ביי זיך ווייסט וואס מ'האט מתקן צו זיין ,קיינער נארט זיך
נישט ,און קיינער וויל זיך נישט נארן ,און דעם באשעפער קען מען
אוודאי נישט אפנארן ,מ'ווייסט דעם אמת ווי אזוי מ'זעט אויס ,ווי אזוי
מ'איז נזהר געווען אין די לא תעשה'ס ,ווי אזוי מ'איז נזהר געווען אין
די מצות עשה'ס ,ווי אזוי ס'האט אויסגעזען דאס עבודת ה' ,ווי אזוי
דאס יראת שמים זעט אויס ,ווי אזוי דאס לעבן איז אדורכגעגאנגען
מיום עמדו על דעתו עד היום הזה ,אויף יעדע זאך וועט מען געבן א
דין ומשפט ווען ס'וועט קומען דער ריכטיגער טאג און מ'וועט זיך
שטעלן פארן בית דין של מעלה.
בעשרת ימי תשובה הקב"ה קרוב אלינו
און ס'איז דא אזא זמן פון תשובה ,עשרת ימי תשובה ,דער
אייבערשטער האט מייחד געווען דעם זמן פאר תשובה ,ווי די גמרא
זאגט )ראש השנה יח (.דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב )ישעיה נה
ו( ,דאס זענען די טעג פון עשרת ימי תשובה וואס דער אייבערשטער
איז נאנט ,כביכול לאזט זיך אראפ ,ער קומט אראפ און ער הערט אויס
יעדן איינעם ,איינער וואס האט חוטא געווען און ער וויל תשובה טון,
איז דער אייבערשטער ברוב רחמיו וחסדיו מקבל די תשובה ,ער איז א
פותח שער לדופקי בתשובה.
מא ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן די זכיה אויסצונוצן די
געהויבענע זמנים די הייליגע זמנים די מורא'דיגע זמנים אויף
אמת'דיגע תשובה ,מ'זאל נתעורר ווערן צו תשובה באמת ובלב שלם.
חרטה ועזיבת החטא
מ'דארף וויסן ביי זיך ,אז וואס מ'האט געטון ,און אויף דעם דרך
וואס מ'איז געגאנגען ביז היינט ,דאס איז נישט געווען דער ריכטיגער
דרך .ליידער מ'איז געגאנגען אויף פארקרומטע דרכים ,מ'איז
נאכגעגאנגען דעם יצר הרע.
קבלה על להבא
מ'דארף זיך מקבל זיין בלב שלם מאי דהוה הוה ,וואס איז געווען
איז געווען ,איך גיי דאס מער נישט טון ,יהיה מה שיהיה ,וואסערע
מעשה ס'איז נאר נישט געווען אינעם עבר ,אלעס בלייבט א עבר ,און
מער נישט! ,מהיום והלאה וועט מען נזהר זיין בקלה כבחמורה ,יעדע
לא תעשה ,יעדע נדנוד איסור וואס מ'טאר נישט טון ,חלילה וחלילה צו
טון.
מ'זאל זיך מקבל זיין מקיים צו זיין די מצות עשה ,דינען דעם
באשעפער מיט לימוד התורה און קיום המצות ,דאווענען ,טון מצות
און מעשים טובים ,מיט ערנסטע מחשבות ,מיט ערנסטע הרהורים,
דער אייבערשטער איז רוצה בתשובת רשעים ,ער איז א חנון המרבה
לסלוח ,אבער דאס איז נאר אויב מ'טוט תשובה ,און מ'איז זיך מקבל א
קבלה טובה.
תשובה מיינט נישט קיין תעניתים ,תשובה מיינט נישט קיין
סיגופים ,תשובה מיינט גאנץ פשוט ,א חרטה אויפן עבר ,איך בין
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש מב
מתחרט וואס איך האב געטון ,און איך בין זיך מקבל בלב שלם אז אין
עתיד וועט דאס מער נישט זיין ,דאס וואס איך האב געטון ,וועל איך
מער נישט טון ,און דאס איז תשובה ,א אמת'דיגע קבלה ,און אויף דעם
האט מען מייסד געווען עשרת ימי תשובה ,זמנים וואס מ'קען די אלע
זאכן מתקן זיין.
לידע האמת לאמיתו
והחי יתן אל לבו ,אוי ס'איז דא זייער אסאך וואס מ'דארף מתקן
זיין ,זייער אסאך ענינים ,יעדער ווייסט ביי זיך ,עכ"פ וואס מ'געדענקט
דארף מען זיך מאכן א אמת'דיגע חשבון הנפש וואו מ'האלט אויף דעם
עולם ,וואו מ'איז פארקראכן ,וואו מ'האט פארבלאנדזשעט ,און וואס
מ'האט אלס געטון זאכן שלא כהוגן ,מיט א אמת'דיגן צוגאנג ,נישט
פאלש ,נישט זיך מייפה זיין.
דער של"ה הקדוש טייטשט )מס' ראש השנה יסודות התשובה הדין העשירי(
וואס ס'שטייט אין שולחן ערוך )סימן תקפ"ו סי"ז( המציירים בשופר
צורות במיני צבעונים כדי לנאותו לא יפה הם עושים .זאגט ער המצייר,
ווער ס'מאלט אויס אויפן שופר שיינע בילדער ,ער מאכן שיין זיינע
מעשים וואס ער האט געטון ,לא יפה הם עושים ,א בעל תשובה דארף
וויסן דעם אמת וואס ער איז געווען ,זיך אויסמאלן שיינע בילדער,
ס'איז אזוי געווען ס'איז אהער געווען ,דאס איז נישט גוט ,דאס
שטערט די תשובה .מ'דארף וויסן דעם אמת לאמיתו ,מ'האט
געזינדיגט ,מ'האט געטון זאכן שלא כהוגן ,מ'דארף ביי זיך אליינס
וויסן דעם אמת און איינערקענען דעם אמת ,און נתעורר צו ווערן,
וויסן וואס איז געווען.
מג ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
וידוי בינו לבין קונו
מ'דארף זיך מתוודה זיין בינו לבין קונו ,חטאתי עויתי ופשעתי,
ס'דארף קיינער נישט הערן ,דער באשעפער הערט יעדן איינעם ,און
מיט דעם איז מען יוצא ,דאס איז תשובה ,און דאס איז עשרת ימי
תשובה.
למלאות הזמן של עשרת ימי תשובה
השי"ת זאל העלפן מ'זאל אויסנוצן די צייט ,דער יצה"ר קומט און
פארדרייט דעם קאפ אין די הויכע זמנים ,מ'זאל נישט מאכן דעם
ריכטיגן חשבון ,דאס איז דרכו של היצר ,ער פארפארעט דעם מענטש
מיט אלע שטותים ,ער זאל זיין פארנומען מיט אלע אומוויכטיגע זאכן,
מ'דארף וויסן ס'איז גארנישט דא אויף דעם עולם נאר דאס ,מ'זאל
אויסנוצן די צייט נאר אויף תשובה ,און נאכאמאל זיך איבערטראכטן
וואס איז געווען דעם עבר ,און מיט א ריכטיגע קבלה אויפן עתיד ,און
השי"ת וועט אוודאי און אוודאי מקבל זיין די תשובה פון אידישע
קינדער ,דער מקור הטוב איז רוצה להטיב ,ער וויל אידן זאלן זיין
ערליך ,און אויב חלילה מ'האט חוטא געווען און מ'טוט תשובה איז
השי"ת מוחל ,ודרך תשובה הורית ,דער אייבערשטער האט געלערנט
פאר אידישע קינדער א דרך פון תשובה ,השי"ת איז מוחל פאר יעדן
איינעם און אויף אלע עבירות ,כל תשא עון ,אויף יעדע עבירה איז
הקב"ה מוחל אויב מ'טוט תשובה אויף דעם) .ס"ג שבת שובה תשע"ח(
y
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש מד
‹ › מקיים זיין מצות תקיעת שופר מיט שמחה
ס'איז געווען אמאל שבועות אין צאנז ,אינדערפרי פארן דאווענען,
און דער קול אריה -וואס איז געווען א גרויסער צאנזער חסיד -איז
געווען אין בית המדרש ,און דארט איז געווען ר' קלמן כהנא פון סיגעט,
ער איז געווען א גרויסער עושר ,איז ר' קלמן צוגעגאנגען צום קול אריה
שבועות אינדערפרי ,און ער זאגט אים ,איר האט זייער א גוטן קאפ -
דער קול אריה איז געווען א חריף -ווען דער אייבערשטער געבט אונז
ווען נישט קיין תורה ,איר מיט אייער גוטן קאפ וואלט איר אויסגעשטיגן
און געווארן א גרויסער מיניסטער צו א באנקיר ,איר וואלט געווען
עפעס א זאך ,וואס וואלט איך אבער געווען ווען דער אייבערשטער
געבט ווען נישט די תורה ,איך וואלט ווען געווען א פשוטער גוי וואס
דרייט זיך אין די גאסן ,און היינט אז דער אייבערשטער האט אונז
געגעבן די תורה און איך בין א איד ,בין איך מלא שמחה ,איך בין נישט
קיין פשוטער גוי ווי אלע גוים.
און ר' קלמן האט אנגעכאפט דעם קול אריה -ער איז געווען א עושר
און ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם -און זיי האבן זיך ביידע
אויפגעשטעלט אין ביהמ"ד און זיי האבן זיך גענומען טאנצן ,ס'איז
געווען נאך אידן דארט אין ביהמ"ד ,און ווען זיי האבן געזען ווי זיי
טאנצן האבן זיי זיך צוגעשטעלט טאנצן ,אזוי איז געווארן א גרויסער
רינג ,און דאס גאנצע ביהמ"ד איז ארויס אין א רקידה ,מ'האט געטאנצן,
דאס האט אזוי אנגעהאלטן א לענגערע צייט ,ביז דער דברי חיים איז
אריינגעקומען דאווענען.
ווען דער דברי חיים איז אריינגעקומען צום דאווענען און ער האט
געזען דעם עולם טאנצן ,האט ער געפרעגט וואס גייט דא פאר ,האט
מה ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
אים עמיצער דערציילט וואס ר' קלמן האט געזאגט פארן קול אריה ,און
ווי זיי האבן אנגעהויבן צו טאנצן ,און דער עולם טאנצט מיט ,מ'פריידט
זיך אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה ,און מיר זענען אידן.
דער דברי חיים האט הנאה געהאט און געגעבן א שמייכל ,ער האט
הנאה געהאט.
כ'האב געקלערט אזוי ,די גמרא זאגט ,תרועה איז גנוחי גניח ילולי
יליל ,מ'קרעכצט מ'וויינט ,און וואס איז א תקיעה ,תקיעה איז א לשון
שמחה ]כמו )במדבר י י( ותקעתם בחצוצרות וגו'[.
תקעו בחודש שופר ,מ'בלאזט ראש השנה שופר מיט שמחה ,כי ח"ק
לישרא"ל היא ,אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה )שנקרא
חק( און מיר זענען אידן! ,ווי אזוי מיר זען אויס און וואס אונז האב מיר,
מיר זענען אידן! מיר זענען נישט קיין פשוטע פראסטע גוים פון די גאס,
נאר מיר זענען אידן! ,און פאר דעם איז תקעו ,מ'בלאזט מיט א שמחה
ווייל דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה משפט לאלקי יעקב.
ווען ס'קומט פאר ראש השנה ,און מ'געבט אריין א ספר תורה ,און
מ'פריידט זיך מיט די תורה ,אונז פריי מיר זיך כי חק לישראל היא ,דער
אייבערשטער האט אונז געגעבן א הייליגע תורה ,אשר בחר בנו מכל
העמים ונתן לנו את תורתו.
אתה בחרתנו מכל העמים זאגט מען ראש השנה ,פונקט ווי מ'זאגט
עס פסח ,אתה בחרתנו מכל העמים אהבת אותנו ורצית בנו ורוממתנו
מכל הלשונות ,דער אייבערשטער האט אונז אויפגעהויבן ,ממילא איז
מען בשמחה.
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש מו
און דער נביא האט געזאגט )נחמיה ח י( אכלו משמנים ושתו ממתקים
וגו' כי חדות ה' היא מעוזכם ,מ'פריידט זיך ,א איד דארף צו זיין
בשמחה ,אוודאי ס'איז ימים נוראים ,וגילו ברעדה )תהלים ב יא( ,אבער
וגילו דארף זיין! ,ראש השנה דארף מען נישט זיין פארזויערט,
מ'דארף נישט חלילה זיין ווי אבלים ,ראש השנה דארף מען זיין
בשמחה!.
דער אייבערשטער זאל העלפן ,ס'קומט א ניי יאר ,ס'קומט א גוט
יאר! ,ס'קומט א געבענטשט יאר! ,ס'קומט א פרייליך יאר!) .מתוך דב"ק
לתלמידי ישיבה"ק שיעור ד' יום ה' נצו"י תשע"ז בסיום כתיבת ס"ת(
y
‹ › מ'בלאזט שופר ווייל מ'האט נישט קיין ווערטער אין מויל
דער רמב"ם זאגט )הלכות תשובה פ"ג ה"ד(( כאטש תקיעת שופר איז א
מצוה ,טעם יש בדבר ,תקיעת שופר רופט אויס "עורו ישנים משינתכם",
מ'זאל זיך אויפכאפן פון שלאף" ,וזכרו בוראכם" מ'זאל זיך דערמאנען
אז ס'איז דא א הייליגער באשעפער ,און מ'זאל זיך משפר זיין די
מעשים.
לכאורה אויב אזוי ,צו וואס דארף מען בלאזן שופר וואס דער שופר
זאל זאגן "עורו ישנים משינתכם" ,מ'האט געקענט זאגן די ווערטער
גלייך ,מ'זאל זיך אויפשטעלן און זאגן "עורו ישנים משינתכם!" ,מ'זאל
זיך אויפכאפן פון שלאף .אויב דאס איז דער תכלית פון תקיעת שופר,
וואלט מען בלויז געדארפט זאגן די ווערטער ,וואס איז דער ענין פון
תקיעת שופר?
מז ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
נאר קען אפשר זיין ,תקיעת שופר איז גנוחי גניח ילולי יליל ,דאס
הארץ וויינט פאר'ן באשעפער ,אויב מ'קען זאגן "עורו ישנים משינתכם"
איז שוין גוט ,אויב מ'קען זאגן אן ערליך ווארט פאר'ן הייליגן
באשעפער ,האלט מען שוין ביי עפעס ,ליידער איז מען אזוי ווייט פון א
אמת'ע אידישע ווארט ,אזוי ווייט פון א אמת'ע אידישע תפילה ,אז ווען
ס'קומט די הייליגע טעג ,קען נאר זיין גנוחי גניח ילולי יליל ,זיך
אויסוויינען פאר'ן הייליגן באשעפער ,בעטן דעם הייליגן באשעפער אז
מ'זאל קענען זאגן עפעס א דיבור ,מ'זאל קענען עפעס מתפלל זיין פאר'ן
הייליגן באשעפער ,מ'זאל קענען זאגן עורו ישנים משינתכם ,דעמאלטס
וועט שוין דער אייבערשטער העלפן ער וועט מקבל זיין תפלות ישראל.
דאס וואס מ'בלאזט שופר ,קומט ווייזן ווי ווייט מען איז ,אז ס'איז
נאר גנוחי גניח ילולי יליל ,ס'קומט דער הייליגער טאג ראש השנה ,און
ניטאמאל קיין ווערטער קען מען זאגן פאר'ן הייליגן באשעפער ,מ'קען
אבער וויינען אויף דעם מצב וואו מ'האלט ,און בעטן דעם הייליגן
באשעפער ,השי"ת זאל געבן ווערטער אין מויל אריין ,מ'זאל קענען
מתפלל זיין צו השי"ת) .מתוך ס"ג שופטים תשס"ו(
y
‹ › נאר השי"ת פארשטייט אונזערע נסיונות
אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם ,היום דא ראש השנה,
יעדער שטייט פאר'ן הייליגן באשעפער דער בוחן כליות ולב ,ער קוקט
אריין אין יעדן הארץ ,ער זעהט יעדן איינציגן איד וואס מ'האט געטוהן,
ווי אזוי מ'האט זיך אויפגעפירט א גאנץ יאר ,הכל גלוי וידוע לפניו,
אלעס איז קלאר פארן בורא כל עולמים ,יעדע מעשה וואס מ'האט
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש מח
געטוהן ,יעדע דיבור וואס מ'האט גערעדט ,יעדע מחשבה וואס מ'האט
אינזין געהאט ,הקב"ה איז א יודע מחשבות ,הקב"ה ווייסט יעדע זאך
וואס מ'האט געטוהן ,און אויף יעדע זאך דארף מען געבן א דין וחשבון.
עס כאפט אן אימה און א פחד ,מ'האט געהאט א חודש אלול און
מ'האט געקענט תשובה טוהן ,מ'האט געקענט מפשפש במעשים זיין,
ווען מען האט ווען דעם ריכטיגן דעת און דעם ריכטיגן שכל ,וואלט מען
דאך אויסגענוצט דעם חודש אלול אויף תשובה און אויף תיקון
המעשים ,בעוה"ר איז אדורך דער גאנצער חודש אלול ,כלל ישראל
שטייט מיט א ציטערדיג הארץ ,מיט א צובראכן הארץ ערב ראש השנה
פאר'ן בורא כל עולמים ,לא בחסד ולא במעשים באנו לפניך ,כדלים
וכרשים דפקנו דלתיך ,מ'שטייט דא אין א שווערן מצב ,כלל ישראל איז
צובראכן כחרס הנשבר.
וואס דען ,דער זיידע ז"ל אין ישמח משה זאגט )לערב ראש השנה נאר
אות ב( אל תבוא במשפט עמנו כי לא יצדק לפניך כל חי ,מלאכי מעלה
זיצן אין בית דין של מעלה ,און זיי זענען דן די גאנצע וועלט ,מלאכים
פארשטייען נישט א בשר ודם ,מלאכים פארשטייען נישט וואס הייסט א
יצר הרע ,מלאכים פארשטייען נישט די נסיונות וואס אידן מאכן מיט ,כי
הוא ידע יצרינו ,דער איין איינציגער באשעפער אליין ער ווייסט דעם יצר
הרע ,ער ווייסט וואס אידן מאכן מיט אין כובד הגלות די נסיונות היצר.
אל תבוא במשפט עמנו ,צו קומען בדרך משפט פאר'ן בית דין של
מעלה ,כי לא יצדק לפניך כל חי ,ווייל מלאכים אין בית דין של מעלה
פארשטייען נישט ,נאר מלפניך משפטינו יצא ,דער איין איינציגער
באשעפער ,עיניך תחזינה מישרים ,הקב"ה ער קען זעהן עפעס א מליצה
ישרה פאר אידישע קינדער.
מט ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
דער פעטער ז"ל האט נאכגעזאגט דעם ישמח משה ביי א דרשה ראש
השנה ,האט ער געזאגט ,די משנה זאגט אין סוף מסכת סוטה בעקבתא
דמשיחא אין לנו להשען אלא על אבינו שבשמים ,אמאל איז געווען
צדיקים און ערליכע אידן ,האט מען געקענט אדורכגיין אפילו פארן בית
דין של מעלה ,אבער בעיקבתא דמשיחא אין לנו להשען אלא על אבינו
שבשמים ,נאר אויפ'ן הייליגן באשעפער וואס ער פארשטייט און ווייסט
אונזער מצב .ער זאגט נאך פון צמח דוד ,אז ס'איז געקומען נשמות
בקובלנא צום הייליגן רבי ר' מענדעלע ,אז רבי מיכל'ע זלאטשובער
זיצט אין בית דין של מעלה ,און ער איז זייער מחמיר ,ער איז געבוירן
מיט א געוואלדיגע קדושה ,און ער האט מתפלל געווען אז מ'זאל
שטעלן א צווייטן צדיק אין בית דין של מעלה ,איינער וואס פארשטייט
מער וואס הייסט א פשוט'ער בשר ודם.
דער טאטע ז"ל האט אמאל געזאגט ראש השנה ,די פריערדיגע
צדיקים ,די צדיקי הדורות ,ווייסן נישט וואס הייסט דער גלות וואס אונז
זיצן דא ,דער ביטערער גלות ווי אזוי ס'זעהט אויס די ערות הארץ ,ווי
אזוי ס'זעהט אויס דא אין אמעריקא ווי אזוי מ'לעבט דא ,די פריערדיגע
צדיקים האבן זיך נישט געקענט דאס פארשטעלן ,די פריערדיגע צדיקים
ווער ס'זאל נאר נישט זיין וואס זיצט אין בית דין של מעלה ,קענען נישט
פארשטיין היינטיגע צייטן א איד ,זיי האבן נישט קיין השגה וואספארא
שפלות ס'קען זיין ,נאר איין איינציגער באשעפער ,ער האט באשאפן
דעם גלות ,דער באשעפער איז א יודע כל תעלומות ,די אלע זאכן וואס
פאר צדיקים איז פארהוילן וואס זיי קענען אונז נישט פארשטיין ,הקב"ה
האט פארטריבן אידישע קינדער אין גלות ,ער האט אונז פארטריבן דא
אין דעם גלות אין די מדינה וואס מיר זענען ,נאר הקב"ה וואס ער האט
געשיקט אידישע קינדער אין גלות ,ער ווייסט דעם גלות ,און ער
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש נ
פארשטייט דעם גלות ,און ער פארשטייט וואס אידישע קינדער מאכן
מיט.
אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם ,משה רבינו האט געוואלט
מחזק זיין כלל ישראל -כלל ישראל איז געווען צובראכן ,מ'האט
געזעהן ואתכם אזרה בגוים ,משה רבינו האט געזאגט דברי תוכחה,
משה רבינו האט אהערגעשטעלט ווי אזוי אידן וועלן זיין אין דעם
לאנגען ביטערן גלות ,הוריקו פניהם ,מי יוכל לעמוד ,ווער וועט קענען
אויסהאלטן די נסיונות אין אזא ביטערן גלות ,מי יוכל לעמוד בדין ,ווער
ס'וועט שטיין אין בית דין של מעלה וועט דאס נישט פארשטיין ,בית דין
של מעלה וועט זיך אראפזעצן ראש השנה דן זיין אידישע קינדער ,ווער
וועט קענען שטיין פארן בית דין של מעלה ביים משפט דעם הייליגן
טאג ראש השנה.
משה רבינו איז געקומען מחזק זיין כלל ישראל ,אתם נצבים היום,
היום דא ראש השנה ,כולכם לפני ה' אלקיכם ,מ'וועט קענען שטיין
פארן הייליגן באשעפער ,מ'וועט שטיין בדין ומשפט נישט פארן בית
דין של מעלה ,ווייל קיינער פארשטייט אונז נישט ,קיינער ווייסט נישט
וואס דא טוהט זיך ,קיינער ווייסט נישט וואס אידן מאכן מיט בזמן הזה,
נאר דער איין איינציגער באשעפער ,נאר ער וועט קענען זעהן ,ער קען
צוקוקן ,ער קען דן זיין אידישע קינדער ,כי הוא ידע יצרינו ,נאר ער
ווייסט אידישע קינדער וויאזוי זיי זעהן אויס ,און וואס זיי מאכן מיט
טאג נאך טאג ,ווי אזוי מ'גייט אדורך די שווערע נסיונות) .מתוך ס"ג נצבים
תשע"ב(
y
נא ילקוט דברות קודש ’ לראש השנה
‹ › אונזער שמחה אין גלות אז מיר זענען אידן
דער חתם סופר אין די דרשות ז' אב )דף שמ (:זאגט א מורא'דיגע
בחינה אין שבח פון אידישע קינדער ,אפילו זיי זענען אין גלות אין זייער
א שווערן מצב ,בצרה ובשביה ,עם כל זה זענען זיי בשמחה ,און מ'זאגט
בשמחה ברוך שלא עשני גוי ,וואס איז די שמחה? מען קוקט זיך אום,
מען איז אין ביטערן גלות ,מ'ליידט זיך אן צרות צרורות ,אבער מ'איז
בשמחה ,ישמח ישראל בעושיו )תהלים קמט ב( ,מיט דעם וואס מען איז
נישט קיין גוי ,נאר מען איז א איד!.
דער חתם סופר זאגט דא זייער א טיפן רעיון ,אידישע קינדער זענען
אין גלות ,און מ'ליידט זיך אן געוואלדיגע צרות ,אבער מען זאגט נאך
אלץ ברוך אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ,מ'דאנקט דעם
באשעפער! לכאורה ווען איך וואלט חלילה געווען א גוי ,וואלט איך
נישט געווען אין גלות ,איך וואלט געווען א גוי ווי אלע גוים ,אבער
ס'איז אלעס כדאי! ,מען דאנקט דעם באשעפער אז מען איז א איד! ,און
מיט די אלע עגמת נפש מיט די אלע צרות ,מאכט מען א ברכה ברוך
שלא עשני גוי!.
רב סעדיה גאון זאגט צען טעמים אויף תקיעת שופר ,איין טעם ,ווייל
דאס איז דער דרך המלכים אז מען טראמפייטערט ביום המלוכה ,ראש
השנה איז דער יום המלוכה ,מען איז ממליך דעם אייבערשטן מלך על
כל הארץ ,וועגן דעם בלאזט מען שופר .ער זאגט נאך א טעם ,אז תקיעת
שופר קומט צו דערמאנען חורבן בית המקדש ,ווען די גוים זענען
אריינגעקומען האבן זיי טראמפייטערט אויף זייער נצחון .לכאורה ווי
קומט דאס ראש השנה צו דערמאנען חורבן בית המקדש?
לראש השנה ‘ ילקוט דברות קודש נב
נאר דאס קומט דערמאנען ,אפילו ס'איז דא א חורבן בית המקדש,
מען איז אין א לאנגן ביטערן גלות ,דאך טראמפייטערן אונז ,און מיר
זענען ממליך דעם בורא כל עולמים ,די גאנצע וועלט איז נישט ממליך,
נאר אונז אידישע קינדער זענען ממליך דעם רבונו של עולם אויף די
גאנצע וועלט ,און מ'טוט עס בשמחה ,איך בין ממליך דעם הייליגן
באשעפער ראש השנה ,אפילו מ'איז אין גלות ,און דאס איז א מליצה
ישרה ראש השנה אויף אידישע קינדער) .ליל פורים שנת תשפ"ו לפ"ק(
y
