gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — ניצבים וילך (2026-08-31)

מוציא לאור: איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish

שבוע: ניצבים וילך (2026-08-31)

איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — ניצבים וילך (2026-08-31)

פתח את ה-PDF הורדה

‫איש חסד היה‬ ‫א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד‬ ‫פונעם בארימטן נגיד‬ ‫מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל‬ ‫───────◇───────‬ ‫פאר הערות‪ ,‬תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות‪:‬‬ ‫אימעיל‪y.b.daskal@gmail.com :‬‬ ‫פרק ג‬ ‫ריזיגע סכומים פאר צדקה‬ ‫רווח'דיגע אינוועסטירונגען‬ ‫האט דערציילט הרה"ח ר' בן ציון ויילר‪ ,‬מנהל העסק בבורסת היהלומים‪:‬‬ ‫ר' שמואל האט געהאט פילע פלענער פאר באזונדער רווח'דיגע אינוועסטירונגען‪.‬‬ ‫נישט איינמאל האב איך באמערקט ווי ער נעמט ארויס פון באנק ריזיגע סכומים געלט‪.‬‬ ‫"וואס זענען די אלע סכומים? וואס פלאנסטו צו טאן דערמיט?" האב איך אים פארוואונדערט‬ ‫געפרעגט‪.‬‬ ‫"איך דארף אסאך געלט פאר א גאר רווח'דיגע אינוועסטירונג"‪ ,‬האט ר' שמואל רואיג געענטפערט‪.‬‬ ‫מער האט ער נישט געזאגט‪.‬‬ ‫שפעטער איז מיר קלאר געווארן אז דאס גאנצע געלט איז פארטיילט געווארן פאר נצרכים‪.‬‬ ‫אזעלכע אינוועסטירונגען האט ער גערופן‪" :‬גאר רווח'דיגע אינוועסטירונגען!"‬ ‫איין חודש וועל איך נישט פארדינען‪...‬‬ ‫האט דערציילט אונזער עלטערער ברודער הרה"ח ר' יעקב‪:‬‬ ‫איינמאל איז אנגעקומען צו טאטן א ידיעה וועגן דעם שווערע מצב פון א געוויסער משפחה‪ .‬זיי האבן‬ ‫געדארפט א געוואלדיגן סכום געלט‪.‬‬ ‫טאטע האט זיך גלייך גענומען צו דער זאך און באשלאסן צו געבן דעם גאנצן סכום‪.‬‬ ‫דערביי האט ער זיך אנגערופן צו מיר‪:‬‬ ‫"דעם סכום פארדין איך אין איין חודש‪ .‬וואס וועט דען געשען אויב איין חודש וועל איך נישט‬ ‫פארדינען?"‬ ‫קום נאכאמאל‪ ,‬אן קיין מורא!‬ ‫האט דערציילט ר' אברהם מנוביץ'‪ ,‬גזבר עיריית בני ברק‪:‬‬ ‫ר' שמואל'ס הארץ איז געווען אפן פאר יעדן‪ ,‬און תרומות האבן פון אים געשטראמט אן קיין‬ ‫אפשטעל‪.‬‬ ‫יעדעס מאל ווען איך בין צו אים געקומען אים מתרים זיין פאר נצרכים‪ ,‬פלעגט ער מיר געבן אלס‬ ‫ערשטן סכום טויזנט דאלאר – א געוואלדיגער סכום אין יענע צייטן‪.‬‬ ‫דערנאך פלעגט ער מיר שטענדיג זאגן‪:‬‬ ‫פרק ג ‪ -‬ריזיגע סכומים פאר צדקה‬ ‫"אויב דו וועסט דארפן נאך פאר נצרכים‪ ,‬אפילו אויב דאס וועט שוין זיין מארגן‪ ,‬זאלסטו נישט‬ ‫קווענקלען‪ .‬זאג נישט צו זיך‪' :‬איך האב דאך שוין נעכטן געבעטן'‪ .‬קום נאכאמאל‪ ,‬אן קיין מורא!"‬ ‫א ריזיגער סכום פאר כולל "חזון איש"‬ ‫פסח דערנענטערט זיך‪ ,‬און אין אידישע שטיבער גרייט מען זיך צום יום טוב‪ .‬אין דער צייט געבן‬ ‫אידן קמחא דפסחא מיט א ברייטער האנט‪ ,‬און די גבאי צדקה זענען פול מיט ארבעט‪.‬‬ ‫האט דערציילט הרה"ח ר' יהושע כהן פון קרית וויזשניץ‪:‬‬ ‫איך בין אנגעקומען צו ר' שמואל'ס שטוב צוזאמען מיט הרה"ח ר' ישראל דסקל‪ ,‬צוריקצוגעבן א‬ ‫הלוואה‪.‬‬ ‫מיר האבן אים איבערגעגעבן א גאר גרויסן סכום‪ ,‬וואס מיר האבן צוזאמגענומען מיט גרויס מי און‬ ‫מסירות נפש‪ .‬יעדעס יאר פלעגט אונז ר' שמואל בארגן פופציג טויזנט לירות‪ ,‬וואס מיר האבן‬ ‫פארטיילט פאר קמחא דפסחא‪ .‬דערנאך פלעגן מיר גיין צו נדיבים צוזאמנעמען געלט‪ ,‬כדי‬ ‫צוריקצוצאלן די הלוואה‪.‬‬ ‫אזוי האבן מיר געטאן אויך יענעס יאר‪ .‬מיר זענען געקומען און אראפגעלייגט דאס געלט אויף זיין‬ ‫טיש‪.‬‬ ‫פלוצלינג איז אריינגעקומען אין שטוב איינער פון די מנהלים פון כולל "חזון איש"‪ ,‬אים מתרים זיין‬ ‫פארן כולל‪.‬‬ ‫אן קיין ווארט האט ר' שמואל גענומען דאס גאנצע געלט וואס איז געלעגן אויפן טיש און עס אים‬ ‫איבערגעגעבן‪.‬‬ ‫מיר זענען געבליבן דערשטוינט‪ .‬מיר האבן נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי ער איז מסוגל צו געבן‬ ‫אזא געוואלדיגן סכום אויף איינמאל!‬ ‫שרייב אריין אינעם טשעק דעם סכום וואס דו האסט געבעטן!‬ ‫האט דערציילט הרה"ח ר' אברהם ליהמן‪:‬‬ ‫איך האב ר' שמואל נישט געקענט‪ .‬אבער ווען א קרוב מיינער איז נפטר געווארן אין שנת תשל"ח און‬ ‫האט איבערגעלאזט חובות‪ ,‬האט איינער פון די בני המשפחה מיר געבעטן מיטצוגיין זאמלען‬ ‫תרומות כדי אפצוצאלן די חובות‪.‬‬ ‫מיר זענען אנגעקומען אויך צו ר' שמואל‪.‬‬ ‫מיר האבן אים בקיצור געזאגט‪:‬‬ ‫"מיר זאמלען געלט פאר דער משפחה פון הרב ד'‪ ,‬וועמען איר האט געקענט‪ .‬ער האט איבערגעלאזט‬ ‫חובות‪".‬‬ ‫"פינף טויזנט שקל וועט אייך גענוג זיין?" האט ער גלייך געפרעגט‪.‬‬ ‫מיר האבן פארלוירן דעם לשון‪ .‬עס איז טאקע געווען א גאר גרויסער סכום‪ ,‬אבער ער איז נאכאלץ‬ ‫נישט געווען גענוג‪...‬‬ ‫ב‬ ‫איש חסד היה‬ ‫בשעת מיר האבן געקווענקלט וואס צו ענטפערן‪ ,‬האט ר' שמואל באקומען א טעלעפאן־רוף‪ .‬האב‬ ‫איך אריינגעשעפשעט צום בן משפחה‪:‬‬ ‫"דער אויבערשטער וועט מיר אריינלייגן די ריכטיגע ווערטער אין מויל‪ ,‬און דאס וועל איך זאגן‪".‬‬ ‫נאכן ענדיגן דעם שמועס האט ר' שמואל מיר געפרעגט‪:‬‬ ‫"נו‪ ,‬האסט שוין אן ענטפער?"‬ ‫האב איך אים געזאגט‪:‬‬ ‫"אויב איר פרעגט‪ ,‬וועל איך זאגן דעם אמת‪ .‬עס איז דא א נדיב וואס האט אונז געגעבן צען טויזנט‬ ‫שקל‪"...‬‬ ‫ר' שמואל האט נישט געווארט‪ .‬ער האט ארויסגענומען א טשעק פון קעשענע‪ ,‬אונטערגעשריבן‪ ,‬אבער‬ ‫נישט אריינגעשריבן קיין סכום‪ .‬דערנאך האט ער אונז איבערגעגעבן דעם טשעק‪.‬‬ ‫"שרייב אריין דעם סכום וואס דו האסט דערמאנט"‪ ,‬האט ער מיר געהייסן‪.‬‬ ‫א נשמה־ליכט פאר דעם וואס האט געגעבן א האלבע דירה‬ ‫האט דערציילט הרה"ח ר' מאיר וסרמן פון קרית וויזשניץ אין חיפה‪:‬‬ ‫ווען מען האט אויסגערופן דורכן לאודספיקער אז ר' שמואל איז נפטר געווארן‪ ,‬בין איך געווען אין‬ ‫שטוב פון א קרובת משפחה‪ .‬צו מיין וואונדער האב איך געזען ווי שטארק זי איז געווארן צובראכן‬ ‫פון דער ביטערער בשורה‪ ,‬און זי האט גלייך אנגעצונדן א נשמה־ליכט לעילוי נשמתו‪.‬‬ ‫"פארוואס צינדסטו א נשמה־ליכט? ביסטו דען א קרובה זיינע?!" האב איך פארוואונדערט געפרעגט‪.‬‬ ‫האט זי געענטפערט‪:‬‬ ‫"ווען מיר האבן געדארפט קויפן א דירה‪ ,‬האבן מיר דאס נישט געקענט ערלויבן‪ .‬מיר זענען אריין צו‬ ‫אים בעטן הילף‪ ,‬און ער האט אונז געגעבן דרייסיג טויזנט לירות‪ ,‬וואס איז געווען א גרויסער טייל‬ ‫פונעם ווערט פון דער דירה‪ ...‬און דו פרעגסט פארוואס איך צינד א ליכט?"‬ ‫צענדליגער אזעלכע מעשיות זענען געבליבן אומבאקאנט‪.‬‬ ‫דערהויבענע מדרגות אין צדקה‬ ‫ווען הרה"ח ר' דוד הנדלר‪ ,‬משב"ק ביי הרה"צ ר' יהודה'לע הורוויץ מדז'יקוב‪ ,‬איז געקומען אונז‬ ‫מנחם אבל זיין‪ ,‬האט ער דערציילט דעם פאלגנדן געוואלדיגן סיפור‪:‬‬ ‫פילע מאל פלעגט ר' שמואל פארן קיין ירושלים‪ ,‬אריינגעבן א קוויטל און זיך בענטשן פון הרה"צ‬ ‫רבי יהודה'לע הורוויץ מדז'יקוב‪.‬‬ ‫דער דז'יקובער צדיק האט נישט געוואלט אננעמען אויף זיך דעם עול האדמו"רות‪ ,‬טראץ דעם וואס‬ ‫ער איז געווען א קדוש עליון ובנן של קדושים‪ .‬ער פלעגט אויך נישט אננעמען קיין "קוויטלעך" מיט‬ ‫פדיון נפש פאר א ברכה‪ ,‬אפילו נאך פילע בקשות פון גדולי ישראל‪.‬‬ ‫ג‬ ‫פרק ג ‪ -‬ריזיגע סכומים פאר צדקה‬ ‫אבער צו ר' שמואל האט ער געהאט אן אנדערע צוגאנג‪ .‬פון אים האט ער מסכים געווען אנצונעמען‬ ‫קוויטלעך און פדיון נפש יעדעס מאל ווען ער איז געקומען‪ .‬ר' שמואל איז ביי אים שטענדיג‬ ‫אויפגענומען געווארן מיט שמחה און א שיינעם פנים‪.‬‬ ‫איינמאל האט דער דז'יקובער צדיק דערציילט ר' שמואל וועגן א נצרך‪ ,‬בנן של קדושים‪ ,‬וואס איז‬ ‫אריינגעפאלן אין שווערע חובות‪.‬‬ ‫"ער דארף צען טויזנט לירות"‪ ,‬האט ער געזאגט‪.‬‬ ‫אין יענע טעג זענען צען טויזנט לירות געווען א געוואלדיגער סכום‪ ,‬ממש א הון עתק‪.‬‬ ‫ר' שמואל האט נישט געטראכט אפילו א רגע‪ .‬ער האט ארויסגענומען דעם טשעק־ביכל און אויפן‬ ‫ארט געשריבן דעם גאנצן סכום‪.‬‬ ‫עס איז אריבער א שטיק צייט‪ ,‬און ר' שמואל איז נאכאמאל געקומען‪ .‬אויך דאס מאל האט ר'‬ ‫יהודה'לע פאר אים אויסגעברייטערט די בקשה פאר דעם זעלבן נצרך‪ ,‬וואס האט יעצט געדארפט א‬ ‫באזונדער גרויסן סכום‪.‬‬ ‫"דאס געלט וואס דו האסט געגעבן דאס לעצטע מאל איז ליידער נישט געווען גענוג‪ ...‬זיי דארפן‬ ‫פופציג טויזנט לירות‪".‬‬ ‫דער סכום איז געווארן פינף מאל אזוי גרויס‪ ,‬אבער ר' שמואל האט נישט געקווענקלט‪ .‬ער האט‬ ‫ארויסגענומען זיין טשעק־ביכל און געשריבן א טשעק אויפן גאנצן סכום‪.‬‬ ‫די מעשה פון יענער משפחה האט זיך נאכנישט געענדיגט‪.‬‬ ‫איינמאל איז איינער פון די בני הבית געקומען צום דז'יקובער צדיק מיט געוויין און תחנונים‪ ,‬און‬ ‫דערציילט אז דאס געלט וואס ר' שמואל האט געגעבן איז נישט גענוג‪.‬‬ ‫"מען דארף נאך פופציג טויזנט"‪ ,‬האט דער מענטש מיט א צעבראכן הארץ געשעפשעט‪.‬‬ ‫"רופט ר' שמואל דסקל"‪ ,‬האט ר' יהודה'לע געבעטן פון די גבאים‪.‬‬ ‫זיי האבן זיך נישט געשפירט באקוועם‪ .‬עס איז דאך נישט אנגענעם צו בעטן נאכאמאל און נאכאמאל‬ ‫אזעלכע ריזיגע סכומים‪.‬‬ ‫אבער דער דז'יקובער צדיק האט געזאגט‪:‬‬ ‫"ר' שמואל האט א באזונדערע הנאה פון געבן צדקה‪".‬‬ ‫און אזוי איז די מעשה געקומען צום דריטן מאל‪ .‬מען האט אים געבעטן זיך משתתף צו זיין אין דער‬ ‫מצוה און איבערצונעמען א טייל פון די הוצאות‪.‬‬ ‫ר' שמואל האט נישט געגעבן א טייל – נאר דעם גאנצן סכום!‬ ‫דער דז'יקובער צדיק איז ארויס פון התפעלות‪ .‬וואס פאר א גדלות הנפש – צו געבן אזעלכע ריזיגע‬ ‫סכומים פאר צדקה!‬ ‫עטליכע חדשים זענען אריבער‪ ,‬און נאכאמאל זענען געווען טרערן אין צימער‪.‬‬ ‫"עס איז נישט גענוג‪ ,‬נישט גענוג‪ "...‬האט דער בן המשפחה געוויינט‪.‬‬ ‫ד‬ ‫איש חסד היה‬ ‫דאס מאל האט דער דז'יקובער צדיק מיר געבעטן זיך יסודות'דיג אפצוגעבן מיט דער זאך‪.‬‬ ‫איך האב דערציילט ר' שמואל וועגן דעם שווערע מצב פון דער משפחה‪ ,‬און אים קלאר געזאגט‪:‬‬ ‫"מיר בעטן נישט פון אייך נאך תרומות‪ .‬גענוג וואס איר האט שוין געגעבן! אבער איר זענט אן‬ ‫ערפארענער געשעפטסמאן‪ .‬מיר בעטן אייך ארויפצוגיין צו דער משפחה און נאכקוקן פארוואס זיי‬ ‫קומען זיך נישט אויס‪ ,‬טראץ די גרויסע סכומים וואס ווערן זיי געשיקט‪".‬‬ ‫ר' שמואל האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג‪ ,‬און איך בין מיטגעפארן‪ .‬ער איז ארויפגעגאנגען צו‬ ‫זיי‪ ,‬און איך בין געבליבן ווארטן‪.‬‬ ‫צוויי גאנצע שעה האב איך אויף אים געווארט‪.‬‬ ‫נאך צוויי שעה איז ר' שמואל אראפגעקומען‪ ,‬זיין פנים האט געשיינט פון צופרידנהייט‪:‬‬ ‫"ברוך ה'‪ ,‬איך האב זיי מסדר געווען אלע ענינים‪".‬‬ ‫איך בין געווען צופרידן‪ .‬טאקע‪ ,‬ער איז דער פאסיגער מענטש זיי צו ווייזן ווי אזוי זיך ריכטיג צו‬ ‫פירן מיט געלט‪ .‬מסתמא האט ער זיי געגעבן א גוטן שיעור אין ריכטיגע פינאנציעלע הנהגה‪...‬‬ ‫איך האב נישט געחלומט אז ווען ר' שמואל איז געזעסן ביי דער משפחה‪ ,‬האט זיך ארויסגעשטעלט‬ ‫אז כדי זיי זאלן קענען אנהייבן א נייעם בלאט אין לעבן‪ ,‬דארפן זיי קודם אפצאלן אלע זייערע חובות‪,‬‬ ‫וואס האבן נאך אלץ באטראפן צוויי און פערציג טויזנט לירות!‬ ‫ער האט זיי געגעבן דעם גאנצן סכום‪ ,‬און דערמיט האט זיך די מעשה געענדיגט‪.‬‬ ‫און קיינער האט נישט געוואוסט דערפון‪ ,‬ביז די פאקטן זענען שפעטער אויף אנדערע וועגן‬ ‫ארויסגעקומען‪...‬‬ ‫א קאנטראקט מיט ר' שמואל'ס טשעק‬ ‫דער חשובער נגיד הרה"ח ר' משה חיים שיינפלד‪ ,‬א בארימטער קבלן אין בני ברק‪ ,‬האט שוין‬ ‫געוואוסט‪ :‬ווען תלמידי חכמים און חשובע רבנים קומען צו אים קויפן א דירה‪ ,‬ברענגען זיי אלס‬ ‫דמי קדימה‪ ...‬א טשעק פון ר' שמואל דסקל‪.‬‬ ‫דער סכום וואס איז געשטאנען אויפן טשעק איז געווען א צענטל פונעם ווערט פון דער דירה!‬ ‫דער סדר איז שוין געווארן א געווענליכע זאך‪ :‬מען אונטערשרייבט א קאנטראקט מיט ר' שמואל'ס‬ ‫טשעק‪.‬‬ ‫אזוי האט דערציילט זיין זון‪ ,‬דער קבלן ר' יצחק שיינפלד‪.‬‬ ‫געבן אן קיין גרענעץ‬ ‫האט דערציילט הרה"ח ר' חיים גרינברגר פון קרית וויזשניץ פאר אונזער שוואגער הרה"ג ר' אלימלך‬ ‫שטרן‪:‬‬ ‫ה‬ ‫פרק ג ‪ -‬ריזיגע סכומים פאר צדקה‬ ‫נישט איינמאל האב איך געזען ווי ר' שמואל ווערט געבעטן צו געבן א געוויסן סכום געלט‪ .‬ער פלעגט‬ ‫אריינשטעקן די האנט אין קעשענע‪ ,‬און וויפיל באנקנאטן עס זענען ארויסגעקומען‪ ,‬האט ער געגעבן‬ ‫– אן זיי אפילו צו ציילן‪.‬‬ ‫וואו איז מר דסקל?‬ ‫האט דערציילט פרוי פוקס פון נוה אחיעזר‪:‬‬ ‫ר' שמואל איז געשטאנען אינעם וויין־קעלער צוזאמען מיט א שכן און זיך פארנומען מיטן מאכן‬ ‫וויין‪ .‬ווער עס האט אים נישט געקענט‪ ,‬וואלט אין יענעם מאמענט קיינמאל נישט דערקענט אין אים‬ ‫דעם מיליאנער פון דער בורסה‪.‬‬ ‫אין טיר פונעם קעלער איז אריינגעקומען א נצרך און געזוכט ר' שמואל‪.‬‬ ‫"דאס איז דסקל"‪ ,‬האט מען אים געוויזן אויף ר' שמואל‪.‬‬ ‫דער מענטש האט קוים געקענט גלייבן‪.‬‬ ‫ר' שמואל האט גלייך איבערגעלאזט דעם וויין און זיך אפגעזונדערט מיטן גאסט אין א זייטיגן‬ ‫ווינקל‪ .‬יענער האט אנגעהויבן אויסצוגיסן זיין הארץ און דערציילן זיין מצב באריכות‪.‬‬ ‫אבער ר' שמואל האט אים נישט געלאזט זיך דערנידערן און בעטן תחנונים‪.‬‬ ‫"וויפיל דארפסטו?" האט ער אים אפגעשטעלט אינמיטן‪ ,‬בשעת ער האט ארויסגענומען פון קעשענע‬ ‫א גאר דיקן פעקל באנקנאטן‪ ,‬צוזאמגעבונדן מיט א גומע‪.‬‬ ‫"ביטע"‪ ,‬האט ער געזאגט‪ ,‬אים איבערגעגעבן דאס פעקל און זיך צוריקגעקערט צו די וויין־פעסער‪,‬‬ ‫ווי גארנישט וואלט געשען‪.‬‬ ‫דער קרן ווערט געבענטשט לויטן געבן דעם חומש‪...‬‬ ‫האט דערציילט הרה"צ רבי ישראל פרידמן‪:‬‬ ‫איינמאל איז מיין טאטע מורי רבי יצחק פרידמן‪ ,‬זון פון מיין זיידן כ"ק מרן אדמו"ר מפאשקאן‪,‬‬ ‫וועלכער איז געווען א גרויסער ידיד פון ר' שמואל‪ ,‬געפארן צו מיין שווער כ"ק מרן אדמו"ר דער‬ ‫"אמרי חיים" מוויזשניץ‪.‬‬ ‫מיין טאטע האט געבעטן פונעם רבי'ן‪ ,‬ער זאל אנווייזן ר' שמואל צו פארקלענערן די סכומים געלט‬ ‫וואס ער טיילט פאר צדקה‪.‬‬ ‫ער האט צוגעגעבן‪:‬‬ ‫"ר' שמואל טיילט פאר צדקה איבער דער מאס‪ ,‬מער ווי א חומש‪ .‬חז"ל האבן דאך געזאגט אז מען‬ ‫טאר נישט מבזבז זיין פאר צדקה מער ווי א חומש‪ .‬אלס ידיד זארג איך זיך פאר ר' שמואל'ס‬ ‫פארמעגן‪"...‬‬ ‫דער רבי האט געשמייכלט און געענטפערט מיט חכמה‪:‬‬ ‫"הרה"ק רבי לוי יצחק מברדיטשוב פרעגט אויף דעם נוסח הברכה וואס מיר זאגן אין דער תפילה‬ ‫פון יום הכיפורים‪' :‬מלך מוחל וסולח לעוונותינו'‪ .‬פון וואו ווייסט מען אז דער בורא עולם וועט מוחל‬ ‫ו‬ ‫איש חסד היה‬ ‫זיין? יום הכיפורים איז דאך מכפר נאר פאר די וואס טוען תשובה‪ .‬ווי אזוי זאגן מיר מיט אזא‬ ‫זיכערקייט אז ער איז מוחל וסולח?‬ ‫ענטפערט דער הייליגער בארדיטשובער‪ :‬מיר מאכן א ברכה בשם ה'‪ ,‬און דער אויבערשטער וויל‬ ‫נישט אז מיר זאלן חלילה מוציא זיין זיין נאמען לבטלה‪ .‬דעריבער איז ער אונז מוחל ומרחם לפנים‬ ‫משורת הדין‪ ,‬כדי די ברכה זאל נישט זיין לבטלה‪...‬‬ ‫אזוי פירט זיך אויך ר' שמואל"‪ ,‬האט דער רבי ערקלערט‪" .‬קודם גיט ער א סכום פאר צדקה‪ ,‬און‬ ‫כדי ער זאל נישט עובר זיין אויף וואס חז"ל האבן געזאגט אז עס איז נישט ראוי צו געבן פאר צדקה‬ ‫מער ווי א חומש‪ ,‬פארגרעסערט אים דער אויבערשטער דעם קרן לויט דער צדקה וואס ער האט‬ ‫געגעבן – אז דער קרן זאל זיין פינף מאל אזוי גרויס ווי די תרומות!"‬ ‫עס איז כדאי צו דערמאנען‪ ,‬אז ווען די בני המשפחה האבן געפרעגט ר' שמואל פארוואס ער גיט מער‬ ‫ווי א חומש‪ ,‬פלעגט ער בדרך צחות ענטפערן‪:‬‬ ‫"חז"ל האבן געזאגט‪' :‬המבזבז אל יבזבז יותר מחומש'‪ .‬דאס מיינט נאר איינער וואס שפירט אז‬ ‫צדקה איז א בזבוז‪ ,‬טאר נישט געבן מער‪ .‬אבער ווער עס ווייסט אז צדקה איז נישט קיין בזבוז‪ ,‬נאר‬ ‫אן אמת'ע אינוועסטירונג‪ ,‬מעג אינוועסטירן מער ווי א חומש‪"...‬‬ ‫]און באמת‪ ,‬עס איז שוין געפסקנט להלכה אין שו"ת שאילת יעב"ץ )ח"א ס"ג‪ ,‬און עס ווערט אויך‬ ‫געברענגט אין ליקוטי תשובות חכם צבי סימן קי"ב( אויף דעם וואס חז"ל האבן געזאגט "המבזבז‬ ‫אל יבזבז יותר מחומש"‪" :‬זה אינו אלא במי שאינו עשיר מופלג‪ ,‬אבל מי שעושרו רב‪ ,‬מצווה ומידת‬ ‫חסידות לבזבז הרבה‪ ,‬רק ישער שיישאר בידו כדי להתפרנס ממנו כל ימי חייו"‪[.‬‬ ‫איך האב נישט קיין השגה אין דעם איד!‬ ‫האט דערציילט הרה"ח ר' זלמן לייב וייס‪ ,‬וועלכער איז געווען משב"ק ביים וויזשניצער רבי'ן דער‬ ‫"אמרי חיים"‪:‬‬ ‫איך האב געפרעגט ר' שמואל‪:‬‬ ‫"פארוואס טיילסטו אויס דיין גאנצע געלט פאר אנדערע? היט עס אפ! זוך זיכערע אינוועסטירונגען‪.‬‬ ‫חז"ל האבן דאך געזאגט‪' :‬לעולם ישליש אדם את מעותיו – שליש בקרקע‪ ,‬שליש בפרקמטיה ושליש‬ ‫תחת ידו'‪ .‬חז"ל האבן אונז געלערנט אז א מענטש דארף היטן אויף זיין געלט‪ ,‬אז עס זאל חלילה‬ ‫נישט אויסגיין און פארלוירן ווערן‪".‬‬ ‫"איך זארג זיך נישט"‪ ,‬פלעגט ער מיך בארואיגן מיט א שמייכל‪" .‬איך בין געבוירן געווארן אין אן‬ ‫ארעמער שטוב‪ .‬לאנגע יארן האב איך געלעבט אין א דחקות'דיגן מצב‪ .‬אויב ארעמקייט וועט חלילה‬ ‫נאכאמאל קומען צו מיר‪ ,‬שרעקט זי מיך נישט‪.‬‬ ‫יעצט האט דער אויבערשטער מיר געשאנקען א גרויסן שפע‪ ,‬און דער ציל דערפון איז אז איך זאל‬ ‫דערפון געבן פאר אנדערע‪ .‬דאס געלט איז נישט מיינס‪ .‬דאס איז די ברכת ה'! דער אויבערשטער האט‬ ‫מיך אויסגעקליבן צו זיין א צינור‪ ,‬דורך וועלכן געלט זאל אנקומען צו מענטשן וואס דארפן עס‪.‬‬ ‫ז‬ ‫פרק ג ‪ -‬ריזיגע סכומים פאר צדקה‬ ‫זאל איך עס צוריק האלטן פון זיי צוליב חשבונות וועגן דער צוקונפט? אלעס איז דאך פון אים‬ ‫יתברך‪ .‬און דער וואס האט מיך אויפגעהויבן און מושיב געווען מיט נדיבים‪ ,‬וועט מיך אויך אין דער‬ ‫צוקונפט נישט פארלאזן‪".‬‬ ‫"אבער חז"ל האבן דאך געזאגט‪' :‬לעולם ישליש אדם מעותיו'?" האב איך נאכאמאל געפרעגט‪.‬‬ ‫און ר' שמואל האט מיר בפשטות געענטפערט‪:‬‬ ‫"חז"ל האבן געזאגט 'מעותיו' – זיין געלט‪ .‬דאס דא איז נישט מיין געלט‪ .‬דאס איז בלויז א פקדון!‬ ‫צי דען א גבאי צדקה‪ ,‬וואס מען האט אים איבערגעגעבן געלט צו פארטיילן פאר ארעמעלייט‪ ,‬מעג‬ ‫זוכן דערמיט אינוועסטירונגען?"‬ ‫מיט דעם האט ער געענדיגט זיינע ווערטער‪.‬‬ ‫"דאס געפיל אז דאס געלט איז נישט זיינס‪ ,‬איז געווען דער יסוד פון אלע זיינע מעשי צדקה וחסד‪.‬‬ ‫נישט אומזיסט האט מרן דער רבי דער 'אמרי חיים' זיך עטליכע מאל אויסגעדריקט צו מיר‪' :‬איך‬ ‫האב נישט קיין השגה אין דעם איד!'" האט ר' זלמן לייב געענדיגט זיין דערציילונג‪.‬‬ ‫ח‬