gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — ראש השנה (2026-09-07)

מוציא לאור: איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish

שבוע: ראש השנה (2026-09-07)

איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — ראש השנה (2026-09-07)

פתח את ה-PDF הורדה

‫איש חסד היה‬ ‫א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד‬ ‫פונעם בארימטן נגיד‬ ‫מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל‬ ‫───────◇───────‬ ‫פאר הערות‪ ,‬תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות‪:‬‬ ‫אימעיל‪y.b.daskal@gmail.com :‬‬ ‫פרק ד‬ ‫נתינה לכל מבקש‬ ‫די זכות צו טרעפן ערליכע ארעמעלייט‬ ‫הונדערטער און טויזנטער תלמידי חכמים‪ ,‬וואס זענען באמת געווען נצרכים‪ ,‬האבן באקומען שטיצע‬ ‫פון זיין געלט‪.‬‬ ‫ווי אזוי האט ער זוכה געווען אז דער אויבערשטער זאל אים צושיקן אזויפיל ערליכע מענטשן?‬ ‫דאס איז געווען בזכות א באזונדערע הנהגה וואס ער האט זיך געפירט‪ ,‬לויט דער הוראה פון כ"ק‬ ‫מרן אדמו"ר דער 'אמרי חיים' מוויזשניץ‪.‬‬ ‫אזוי האט ער דערציילט פאר הרה"ח ר' נחום אפל פון נוה אחיעזר‪:‬‬ ‫"איך קום יעצט צוריק פונעם רבי'ן‪ .‬איך האב געבעטן דעם רבי'ן ער זאל מיר געבן אדרעסן פון‬ ‫ערליכע ארעמעלייט‪ ,‬ווייל איך וויל פארטיילן צוואנציג טויזנט לירות פאר צדקה" — א סכום וואס‬ ‫איז דעמאלט געווען בערך דער פרייז פון א געווענליכע דירה‪.‬‬ ‫"ניין!" האט דער רבי געפסק'נט‪" .‬עס איז כדאי צו פארטיילן צוואנציג טויזנט לירות צווישן אסאך‬ ‫ארעמעלייט‪ ,‬אבי אז אפילו איין פרוטה זאל אנקומען אין די הענט פון אן ערליכן ארעמאן!"‬ ‫אוודאי דארף מען מקיים זיין די מצוה פון צדקה ביי מענטשן וואס זענען מהוגנים‪ ,‬ווי חז"ל זאגן‬ ‫אין מסכת בבא קמא )טז‪" :(:‬דרש רבא‪ ,‬מאי דכתיב )ירמיהו י"ח(‪' :‬יהיו מוכשלים לפניך‪ ,‬בעת אפך‬ ‫עשה בהם'? אמר ירמיה לפני הקב"ה‪' :‬ריבונו של עולם‪ ,‬אפילו בשעה שעושין צדקה‪ ,‬הכשילם בבני‬ ‫אדם שאינן מהוגנים כדי שלא יקבלו עליהן שכר'"‪.‬‬ ‫אבער כדי זוכה צו זיין צו טרעפן ערליכע מענטשן‪ ,‬דארף מען האבן א באזונדערע זכות‪ .‬דאס איז א‬ ‫מתנה פונעם אויבערשטן‪.‬‬ ‫ווער עס טיילט צדקה פאר דעם וואס זעט אים אויס ווי אן אמת'ער נצרך‪ ,‬און האלט זיך נישט צוריק‬ ‫פון געבן צוליב צופיל חקירות ודרישות‪ ,‬וועט זוכה זיין אז דער אויבערשטער וועט אים צושיקן‬ ‫ערליכע ארעמעלייט‪.‬‬ ‫גיב אן קיין חשבונות — וועט מען אין הימל אויך נישט מדקדק זיין מיט דיר!‬ ‫אסאך מאל פלעגט כ"ק מרן אדמו"ר דער 'אמרי חיים' מוויזשניץ מאריך זיין איבער דעם ענין ביי‬ ‫זיינע הייליגע שמועסן ביים טיש פרייטאג צו נאכט‪.‬‬ ‫דער רבי פלעגט נאכזאגן בשם די תלמידים פונעם הייליגן בעל שם טוב‪:‬‬ ‫"ווען דו זוכסט און פארשסט צי דער ארעמאן איז טאקע אן ערליכער‪ ,‬ווייל דו ווילסט געבן צדקה‬ ‫דווקא פאר אים‪ ,‬זאלסטו וויסן אז אין הימל וועט מען אויך מדקדק זיין מיט דיר און בודק זיין צי‬ ‫דו ביסט גענוג ראוי אז מען זאל דיר געבן געלט!"‬ ‫פרק ד – נתינה לכל מבקש‬ ‫דער רבי פלעגט דערצו דערציילן‪:‬‬ ‫עס איז געווען א איד וואס פלעגט שטיצן הרה"ק ר' זושא מאניפולי‪ ,‬און אין דעם זכות איז ער‬ ‫געווארן א גרויסער עושר‪.‬‬ ‫איין טאג‪ ,‬ווען ער איז געקומען צו ר' זושא'ס הויז‪ ,‬האט מען אים געזאגט אז ר' זושא איז נישט‬ ‫דארט‪.‬‬ ‫"וואו איז ער?" האט דער איד געפרעגט‪.‬‬ ‫"ער איז געפארן צו זיין רבי'ן‪ ,‬דעם הייליגן מגיד פון מעזריטש"‪ ,‬האט מען אים געענטפערט‪.‬‬ ‫האט דער איד געטראכט ביי זיך‪" :‬ווען איך האב געשטיצט ר' זושא בין איך אזוי רייך געווארן‪ .‬אויב‬ ‫וועל איך שטיצן זיין רבי'ן‪ ,‬דעם מגיד‪ ,‬וועל איך זיכער רייך ווערן כפל כפליים!"‬ ‫איז ער געפארן צום מגיד‪ ,‬אנגעהויבן אים צו שטיצן‪ ,‬און אויפגעהערט צו שטיצן ר' זושא‪.‬‬ ‫עס איז נישט אריבער קיין לאנגע צייט‪ ,‬און דער איד האט פארלוירן זיין פארמעגן‪ .‬אין זיין צרה איז‬ ‫ער געפארן צום הייליגן מגיד פון מעזריטש און אים געפרעגט פארוואס דאס האט פאסירט‪.‬‬ ‫האט אים דער צדיק געענטפערט‪:‬‬ ‫"כל זמן דו האסט נישט געמאכט קיין חשבונות‪ ,‬נאר געשטיצט ר' זושא בתמימות‪ ,‬האט מען דיר‬ ‫פון הימל אויך געגעבן אן מאכן קיין חשבונות צי דו ביסט ראוי צו עשירות‪ .‬אבער פון דעם מאמענט‬ ‫וואס דו האסט אנגעהויבן מאכן חשבונות און אויסרעכענען וואס עס לוינט דיר מער‪ ,‬האט מען אין‬ ‫הימל אויך אנגעהויבן מאכן חשבונות אויף דיר‪ ,‬און מען האט אויפגעהערט דיר צו געבן עשירות‪".‬‬ ‫ליבשאפט צו יעדן איד‬ ‫הרה"ח ר' נחום אפל האט ווייטער דערציילט‪:‬‬ ‫טאקע‪ ,‬ר' שמואל איז געווען וואונדערליך אין דער מדה‪ .‬ער האט נישט געמאכט קיין חילוק צווישן‬ ‫איין איד און דעם צווייטן‪ ,‬נאר געגעבן פאר יעדן איד מיט גרויס ליבשאפט‪.‬‬ ‫ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין חשבונות‪ .‬ער האט געהאפט אז צווישן אלע זיינע נתינות וועט‬ ‫די צדקה אויך אנקומען צו ערליכע ארעמעלייט‪.‬‬ ‫און דאס איז טאקע געווען זיין שכר‪ .‬ער האט זוכה געווען צו שטיצן אמת'ע בני עליה — עמלי תורה‪,‬‬ ‫עובדי ה'‪ ,‬קינדער פון צדיקים‪ ,‬און חשוב'ע משפחות וואס זענען באמת געווען נצרכים‪.‬‬ ‫דער בייטל איז שטענדיג גרייט‪...‬‬ ‫הרה"ח ר' אברהם חיים וויזל‪ ,‬משגיח אין ישיבת חכמי לובלין‪ ,‬האט דערציילט‪:‬‬ ‫ר' שמואל האט רחמנות געהאט אויף יעדן איד און גוטס געטון פאר יעדן איינעם‪ .‬עס האט אים‬ ‫בכלל נישט געשטערט אז צענדליגער ארעמעלייט און מקבצים האבן אים ארומגערינגלט וואו ער‬ ‫איז נאר געגאנגען‪.‬‬ ‫ב‬ ‫איש חסד היה‬ ‫עס איז געווען גאר געווענליך צו זען ווי מענטשן שטייען ארום אים פון אלע זייטן און שטרעקן אויס‬ ‫די הענט צו אים‪ ,‬און ער‪ ,‬פון זיין זייט‪ ,‬האט פאר זיי געעפנט דאס הארץ און דאס בייטל‪ ,‬מיט‬ ‫רחמנות און ברייטהארציגקייט‪.‬‬ ‫יעדן טאג פלעגט א שמחה כאפן די ארעמעלייט ווען ער איז געקומען אין זיין באשטימטער צייט‬ ‫דאווענען אין בית הכנסת חסדא אין בני ברק‪ .‬זיי האבן דארט מיט גרויס חשק געווארט אויף אים‪,‬‬ ‫און זיך געפרייט מיט דער נדבה וואס ער האט זיי געגעבן‪.‬‬ ‫איך האב זוכה געווען צו זיצן לאנגע יארן נעבן אים אין בית הכנסת חסדא און צוצוקוקן זיין‬ ‫געוואלדיגע ליבשאפט צו חסד‪.‬‬ ‫גלייך ווען ער איז געקומען צו שחרית‪ ,‬נאך איידער ער האט אנגעטון טלית און תפילין‪ ,‬פלעגט ער‬ ‫שוין ארויסנעמען דאס בייטל‪ ,‬אז עס זאל זיין גרייט צו געבן צדקה‪.‬‬ ‫נישט איינמאל זענען די מקבצים צוריקגעקומען צו א "צווייטע הקפה"‪ ,‬צו באקומען נאכאמאל‪ ,‬און‬ ‫ער האט זיי נאכאמאל געגעבן מיט א ברייט הארץ און א שיינעם פנים‪.‬‬ ‫א סעודה פאר ארעמעלייט ביי דער חתונה‬ ‫מר עמרם לוי‪ ,‬וואס איז אמאל געווען א יועץ כלכלי אין דער דיאמאנטן־בורסה‪ ,‬האט דערציילט‪:‬‬ ‫איך בין געווען געלאדנט צו דער חתונה פון ר' שמואל'ס זון אין זאל "וגשל"‪ .‬צוליב א געוויסער סיבה‬ ‫בין איך אנגעקומען פריער‪ ,‬און איך האב באשלאסן צו ווארטן אינעם קילן זאל ביז די שמחה וועט‬ ‫זיך אנהייבן‪.‬‬ ‫צו מיין גרויסער איבערראשונג האב איך געטראפן א פולן זאל מיט מענטשן אינמיטן א סעודה‪.‬‬ ‫איך האב זיך זייער געוואונדערט‪ .‬נאך מער בין איך איבערראשט געווארן ווען איך האב געזען אז די‬ ‫אלע וואס זיצן ביי דער סעודה זענען ארעמעלייט און מקבצים‪.‬‬ ‫"איך האב זיך מסתמא טועה געווען"‪ ,‬האב איך געטראכט‪.‬‬ ‫איינער האט באמערקט מיין וואונדער און מיך געפרעגט‪:‬‬ ‫"וועמען זוכט איר?"‬ ‫"די חתונה פון משפחת דסקל"‪ ,‬האב איך געענטפערט‪.‬‬ ‫"אט איז דאך ר' שמואל דסקל‪ ,‬דארטן ביים עק פונעם זאל‪"...‬‬ ‫איך האב נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר‪.‬‬ ‫"וואס איז דאס‪ ,‬ר' שמואל?" האב איך זיך געוואונדערט‪.‬‬ ‫"דאס איז א סעודה פאר ארעמעלייט"‪ ,‬האט ער מיר געענטפערט בפשטות‪" .‬איך האב געבעטן די‬ ‫בעלי האולם אז אום פיר דרייסיג זאלן זיי צוגרייטן דריי הונדערט פארציעס פאר ארעמעלייט‪ ,‬און‬ ‫איך האב גערופן די ארעמעלייט פון שטאט זיי זאלן קומען זיך מיטפרייען מיט מיר‪ .‬נאכדעם וועל‬ ‫איך פארטיילן צדקה פאר יעדן איינעם‪ .‬און בשעת דער חופה‪ ,‬וואס וועט פארקומען אינעם הויף פון‬ ‫כ"ק מרן אדמו"ר מוויזשניץ‪ ,‬וועט מען צוגרייטן דעם זאל פאר אונז‪".‬‬ ‫ג‬ ‫פרק ד – נתינה לכל מבקש‬ ‫צדקה פאר יעדן‬ ‫עס איז געווען ביי א משפחה־שמחה‪ .‬צווישן די קלאנגען פון דער מוזיק און דעם יום־טוב'דיגן טומל‬ ‫האבן מיר באמערקט ווי אן ארעמער איד קומט צו צו אונז‪.‬‬ ‫ווען ער האט זיך דערוואוסט אז מיר זענען די קינדער פון ר' שמואל דסקל‪ ,‬האט ער‪ ,‬צו אונזער‬ ‫גרויסער איבערראשונג‪ ,‬אויסגעבראכן אין א געוויין‪.‬‬ ‫מיט א דערשטיקטער שטימע האט ער זיך דערמאנט אין טאטן און געזאגט‪:‬‬ ‫"זכותו תגן עלינו‪ .‬איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן וואס אייער טאטע האט פאר מיר געטון‪ .‬ער‬ ‫האט מיר געראטעוועט דאס לעבן‪"...‬‬ ‫דער איד איז בלויז איינער פון טויזנטער וואס זענען אים שולדיג זייער לעבן‪.‬‬ ‫"כשהיה לאביכם כסף"‪ ,‬האט אונז דערציילט הרה"ג ר' חיים לייב שטיין‪ ,‬מחשובי זקני ויז'ניץ‪,‬‬ ‫"לכולם היה כסף!"‬ ‫אז דו ביסט שוין געווען‪ ,‬קומט דיר נאכאמאל!‬ ‫נישט נאר פאר יעדן וואס האט געבעטן האט ער געגעבן‪ ,‬נאר אפילו אויף יעדע בקשה‪...‬‬ ‫הרה"ח ר' יוסף כ"ץ פון ירושלים‪ ,‬וועלכער איז געווען דערביי בשעת מעשה‪ ,‬האט דערציילט‪:‬‬ ‫"ער האט שוין זיכער פארגעסן"‪ ,‬האט דער איד געטראכט‪.‬‬ ‫נישט לאנג פריער האט ער שוין געבעטן צדקה פון ר' שמואל‪ .‬עס איז אריבער א קורצע צייט‪ ,‬און ער‬ ‫האט באשלאסן צו בעטן נאכאמאל‪ ,‬האפנדיג אז ר' שמואל געדענקט שוין נישט‪.‬‬ ‫אבער ר' שמואל האט אים איבערראשט‪.‬‬ ‫"וויבאלד דו ביסט שוין געווען ביי מיר"‪ ,‬האט ער אים געזאגט מיט א שמייכל‪" ,‬קומט דיר‬ ‫נאכאמאל!"‬ ‫א נצרך פארשטעלט ווי א רמאי‬ ‫אסאך מאל זענען געקומען צו אים מענטשן מיט בקשות וואס זענען נישט געווען אמת‪ ,‬און ער האט‬ ‫דאס גוט געוואוסט‪.‬‬ ‫"אסאך צדקה האב איך געגעבן פאר מענטשן וואס איך האב געוואוסט אז זיי נארן מיר"‪ ,‬האט ער‬ ‫דערציילט פאר הרה"ח ר' חיים ולצר פון קרית ויז'ניץ‪" ,‬און איך האב נישט קיין חרטה דערויף‪.‬‬ ‫ווען א איד בעט צדקה‪ ,‬איז ער בדרך כלל א נצרך‪ ,‬אפילו אויב דאס וואס ער דערציילט איז נישט‬ ‫אמת‪".‬‬ ‫מיט זיין גדלות הנפש פלעגט ער זיך מאכן ווי ער ווייסט גארנישט‪...‬‬ ‫לויט דער הדרכה פונעם רבי'ן‬ ‫לויט דער הוראה פון כ"ק מרן אדמו"ר דער 'אמרי חיים' מוויזשניץ‪ ,‬פלעגט ער פארטיילן צדקה אן‬ ‫איבעריגע חקירות ודרישות‪.‬‬ ‫ד‬ ‫איש חסד היה‬ ‫נישט איינמאל זענען מיר געשטאנען פארוואונדערט זעענדיג די געוואלדיגע סכומים וואס ער האט‬ ‫פארטיילט און געגעבן פאר יעדן וואס האט געבעטן‪.‬‬ ‫איין ווארט פונעם רבי'ן איז אים געווען גענוג‪ ,‬און ער האט זיך דערמיט געפירט בתמימות און מיט‬ ‫א געוואלדיגע אמונת חכמים זיין גאנץ לעבן‪.‬‬ ‫דורך דער הנהגה האט ער זוכה געווען צו געבן פאר אמת'ע נצרכים און נזקקים און זיי צו שטיצן‬ ‫לאנגע יארן‪.‬‬ ‫מיר ווייסן פון אסאך חשוב'ע משפחות וואס וואלטן קיינמאל נישט געקומען בעטן הילף‪ .‬אבער פון‬ ‫הימל האט מען אזוי געפירט אז ר' שמואל זאל געוואויר ווערן פון זייער מצב‪ ,‬און ער האט זיי‬ ‫געשטיצט מיט א געוואלדיגע צניעות‪.‬‬ ‫ה‬