אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — האזינו - שבת תשובה (2026-09-14)

קונטרס
אמרי מנחם
דברי תורה וסיפורי קודש
מאת כבוד קדושת מרן
רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע
אדמו"ר משינאווא
האזינו
שובה -יוה"כ
גליון קנ"ט -שנה ד' -שנת תשפ"ו לפ"ק
· אידיש ·
יו"ל ע"י
כל הזכויות שמורות
אמרי מנחם /האזינו
צוּר יְ לָ ְד ָך ֶּת ׁ ִשי וַ ִּת ׁ ְש ּ ַכח ֵאל ְמחֹלֲ לֶ ָך.
א) רש"י זאגט" :תשי – תשכח" – דו האסט פארגעסן .שטעלט זיך
דער דעת זקנים ,פארוואס זאגט דער פסוק איבער צוויי
מאל דעם זעלבן ענין ,אז דו האסט פארגעסן דעם אייבערשטן וואס
ער האט דיך געבוירן אויף דער וועלט?
ב) נאך א פשט זאגט רש"י ,אז 'תשי' איז א לשון פון 'מתישים כחו',
עטץ שוואכט אפ דעם אייבערשטנ'ס כח .דארף מען
פארשטיין די כוונה דערין?
ג) רש"י זאגט" :א-ל מחוללך -מוציאך מרחם ,לשון יחולל אילות חיל
כיולדה" .דער אבן עזרא זאגט אויך" :ויתכן היות גזרת
מחוללך מחיל ,כמו הרה תקריב ללדת תחיל" – 'מחוללך' גייט ארויף
אויפן ציטער וואס די יולדת האט בשעת די לידה .לכאורה ,די כוונה
פונעם פסוק איז דאך ,אז דער אייבערשטער האט דיך געבוירן און
געברענגט אויף דער וועלט .נו ,פארוואס רעדט ער פון דעם פחד
וואס איז געווען בשעת לידה ,דאס איז דאך נישט דער עצם לידה,
דאס איז דאך נאר א זייטיגע זאך וואס איז דעמאלט געווען?
ד) דער מדרש זאגט (ילקו"ש דברים רמז תתקמה)" :ותשכח א-ל מחוללך,
א-ל שמוחל לך על כל עונותיך" – דו האסט פארגעסן דעם
אייבערשטן וואס ער איז דיר מוחל אויף אלע דיינע עבירות .לכאורה,
וואספארא שייכות האט דער ענין פון 'מחילת עוונות' מיטן רישא פון
פסוק 'צור ילדך' וואס רעדט זיך פון 'לידה'? אויך איז שווער ,דער
מדרש צוטיילט דאס ווארט 'מחוללך' אויף צוויי ווערטער 'מחול לך',
לכאורה וואלט עס געדארפט זיין 'מחולך' מיט איין 'למד' ,ווייל דער
ענדע 'ך' איז גענוג צו זאגן דעם 'לך'; אזויווי 'ביתך' און 'שדך' וואס
דער איינער ענדע 'ך' מאכט עס כאילו עס וואלט געשטאנען 'בית
שלך'' ,שדה שלך' ,און פארוואס שטייט 'מחוללך' מיט צוויי למד'ס? ב
ה) אויך ווייסט מען א כלל ,אז דער 'דרש' קען מיטגיין צוזאמען מיטן
'פשט' ,און איינס איז מפרש דעם אנדערן .דארף מען
פארשטיין וויאזוי דער 'דרש' וואס דער מדרש דרש'נט אויף 'מחוללך',
אמרי מנחם /האזינו
אז ער איז 'מוחל עונות' – גייט מיטן 'פשט' וואס רש"י טייטשט
'מחוללך' ,אז ער איז 'מוציאך מרחם'?
ווען עס איז 'תקריב ללדת' איז דאך נאכנישט דא קיין 'חבלים'?
ֹ
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .עס שטייט אין פסוק (ישעיה כו ,יז)ְּ :
"כמו
יך ה'" –יה ֵּכן ָהיִ ינ ּו ִמ ּ ָפנֶ ָ
ָה ָרה ּ ַת ְק ִריב ָל ֶל ֶדת ּ ָת ִחיל ּ ִתזְ ַעק ַ ּב ֲח ָב ֶל ָ
פונקט ווי א מעוברת וואס ווען זי דערנענטערט זיך צום לידה,
ציטערט זי און שרייט פון די ווייען ,אזוי זענען מיר געווען פון דיר
באשעפער .פרעגט דער בני יששכר (תשרי ו ,אא) :עס וואלט געדארפט
פארשטיין" :כמו הרה היושבת על משבר" – זי איז שוין ממש ביי די
'לידה' ,וואס דעמאלט איז זי אין א מצב פון 'חבלי לידה' ,אבער ווען
מען האלט נאך ביים 'תקריב ללדת' ,איז דאך נאכנישט דא קיין 'תחיל
תזעק בחבליה'?
א וזל"ק" :אמר הנביא כמו הרה תקריב ללדת תחיל תזעק בחבליה כן היינו מפניך י"י
[ישעיה כו יז] .הנה הוה ליה למימר כמו הרה היושבת על המשבר תחיל וכו',
שאז הוא עיקר החבלים והצירים ,והנה הרב הקדוש בעל נועם מגדים האבד"ק
טארניגראד זצוק"ל פירש דהכי פירושו ,דהנה ר' שמעון דרש טעמא דקרא
מפני מה ציותה התורה ליולדת להביא קרבן דבשעה שכורעת לילד היא נשבעת
שלא תזקק לבעלה ואח"כ עוברת על שבועתה על כן מביאה קרבן [נדה לא
ע"ב] ,והנה זה דרכה כל היום כאשר שוב תתעבר וכורעת לילד שוב נשבעת כנ"ל
ואח"כ מחללת שבועתה ושוב מביאה קרבן ,וזאת היא מאמר הנביא עבור כנסת
ישראל ,כשחוטאין בני אדם להש"י כי אדם אין צדיק בארץ וכו' ,הנה בהגיע ימי
התשובה ובפרט יום הקדוש יום הכיפורים וינהו בני ישראל אחרי י"י ומבטיחין
להש"י שלא ישובו עוד לכסלה ,והנה אח"כ שוב חוטאין ושוב שבין אליו ,כן הוא
בכל שנה והש"י מוחל להם ,וזהו שאמר כמו הרה תקריב (היינו מקרבת קרבן)
ללדת (עבור לידתה היא מקרבת קרבן ,והוא לבעבור) תחיל תזעק בחבליה (על
שחיללה השבועה אשר זעקה בשעת חבליה ,וזה משפטה כל הימים כנ"ל) ,כן
היינו מפניך י"י ,כי גם אנחנו זה דרכנו כל הימים כמו האשה הנ"ל ,זה תוכן דברי
הרב הקדוש הנ"ל:
ג ועפי"ז פירשתי בדרך צחות פירוש הפסוק אל האשה אמר הרבה ארבה עצבונך
והרונך וכו' [בראשית ג טז] ,פירשו בו עצבונך צער גידול בנים והרונך צער הריון
[פירש"י שם] ,והנה לפי"ז הוא שלא כסדר ,ופירשנו דהכי קאמר ,הרבה ארבה
עצבונך זה עצבון וצער חבלי לידה ,ואעפי"כ ארבה ג"כ הרונך שתתאוה אח"כ
להתעבר ,ומפרש הכתוב ,כי בעצב תלדי בנים ,ואעפי"כ ואל אישך תשוקתך
כנ"ל ,והוא (היינו אישך הנ"ל איש הישראלי) ימשל בך ,יקח אותך למשל
ולדוגמא ,באומרו לפני הש"י בעת שובו בתשובה ,יאמר ,כמו הרה תקריב ללדת
וכו' כן היינו וכו' וכנ"ל ,והבן".
אמרי מנחם /האזינו
זי שווערט א שבועה און שפעטער איז זי דאס מחלל און טוט תשובה דערויף און אזוי כסדר
ברענגט דער בני יששכר א טייטש פונעם 'נועם מגדים' ,וואס ער
בויעט עס אויף די גמרא (נדה לא" :):שאלו תלמידיו את רבי
שמעון בן יוחי מפני מה אמרה תורה יולדת מביאה קרבן אמר להן
בשעה שכורעת לילד קופצת ונשבעת שלא תזקק לבעלה לפיכך
אמרה תורה תביא קרבן" – בשעת'ן לידה האט זי אזא צער ,אז זי
שווערט אז זי וועט נישט מער האבן קיין קינדער .אבער שפעטער
איז זי עובר אויף דער שבועה ,און זי האט נאך קינדער ,דערפאר
דארף זי ברענגען א קרבן חטאת מכפר צו זיין אויפן 'שבועה' וואס זי
האט עובר געווען .און דאס איז נישט בלויז איינמאל ,נאר דאס גייט
אזוי ווייטער כסדר ,אז זי שווערט יעדעס מאל בשעת'ן לידה ,און זי
איז נאכאמאל מחלל די שבועה ,און זי טוט תשובה און ברענגט א
קרבן ,און אזוי כסדר.
יעדעס יאר טוט מען תשובה אין די הייליגע טעג און דערנאך פאלט מען צוריק און אזוי כסדר
זאגט דער נועם מגדים :די זעלבע זאך איז ביי אידישע קינדער .ווען
עס קומען צו גיין די 'עשרת ימי תשובה' – כאפט זיי ָאן א
ציטער און זיי טוען תשובה ,זיי זאגן צו פארן אייבערשטן אז זיי וועלן
שוין זיין גוט און וועלן מער נישט זינדיגן .אבער שפעטער ווען עס
גייט דורך די הייליגע טעג ,פארגעסט מען נעבעך וואס מען האט
צוגעזאגט ,און מען פאלט נעבעך צוריק אריין ,און שפעטער ווען עס
קומט נאכאמאל דער אלול און תשרי – טוט מען נאכאמאל תשובה,
און אזוי כסדר יעדעס יאר .און דאך איז דער אייבערשטער אזא
רחמן ,אז ער איז מקבל אונזער תשובה און ער איז אונז מוחל אויף
אונזערע חטאים.
דער צושטעל צווישן כלל ישראל און א 'יולדת' – ביידע טוען כסדר תשובה וחוזר חלילה
מיט דעם טייטשט דער נועם מגדים – אז דער נביא איז ממליץ טוב
ֹ
אויף כנסת ישראלְּ :
"כמו ָה ָרה ּ ַת ְק ִריב" – פונקט ווי א 'יולדת' איז ד
"ל ֶל ֶדת" – צוליב איר 'לידה' וואס זי האט
'מקריב' א קרבן חטאתָ ,
"ת ִחיל" – אויף דעם וואס זי האט פארשוועכט און געבוירן א קינדָ ּ ,
יה" – דאס וואס זי האט געשריגן און"תזְ ַעק ַ ּב ֲח ָב ֶל ָ 'מחלל' געוועןִ ּ ,
געשוואוירן בשעת די 'חבלי לידה' – וואס דאס חזר'ט זיך איבער
"כן ָהיִ ינ ּו ִמ ּ ָפנֶ ָ
יך ה'" – אט אזוי זענען כסדר נאכאמאל און נאכאמאלֵּ ,
אמרי מנחם /האזינו
מיר אויך צו דיר רבונו של עולם ,אז מיר טוען תשובה און דערנאך
פאלן מיר נעבעך צוריק ,און אזוי נאכאמאל און נאכאמאל ,און דאך
ביסטו אונז מוחל יעדעס יאר אין די 'עשרת ימי תשובה'.
די טענה פונעם יצה"ר :דער אייבערשטער איז א גוטער און איז נישט אזוי בייז אויף א חטא
דער ישמח משה אין זיינע דרשות אויף די הייליגע טעג (ד"ה והנה אחי
ורעיב) ,ברענגט אראפ די גמרא (חגיגה טז" :).אם יאמר לך יצר הרע חטוא
והקדוש ברוך הוא מוחל ,אל תאמן שנאמר אל תאמן ברע" – דער
יצר הרע קומט צו א מענטש און רעדט אים איין צו זינדיגן ,מיט דער
טענה אז דער אייבערשטער איז א גוטער און ער וועט דיר מוחל זיין
אויף דעם חטא .זאגט דער ישמח משה :דאס איז בלויז איין תחבולה
פונעם יצר הרע ,וואס דער מענטש דארף זיך מתגבר זיין אויף דעם
סארט טענת היצר ,און זאגן פארן יצר הרע" :דער אייבערשטער איז
נישט קיין 'וותרן'; ווי די גמרא זאגט (ב"ק נ" :).כל האומר הקב"ה וותרן
הוא וכו'".
ב וזל"ק" :אם השמאל ואימינה כו' ,כי הנה אמרו חז"ל (חגיגה ט"ז ע"א) על פסוק
(מיכה ז ה) אל תאמינו ברע ואל תבטחו באלוף ,אם יאמר לך היצר הרע חטא
והקב"ה מוחל לך ,אל תשמע לו כי כל האומר הקב"ה וותרן (ב"ק נ' ע"א) .הרי
בא לפתות במידת החסד והרחמים לומר שהשי"ת ברוב רחמיו וחסדיו מוחל,
וכשאתה משיבו הקב"ה אינו וותרן ,הופך עצמו ואמר איך דעתך שיקבלך
בתשובה לחוטא גדול ורב מרי כמוך ,ומייאש מהאדם דרך התשובה ואומר
לו כבר אבדת מהעולם הבא ,אין לך רק לשמוח בעולם הזה ולעשות כחפצך
ורצונך ולהשביע כל תאותך .הרי מן ההיפך אל ההיפך ,דמעיקרא אמר דקב"ה
רב חסד ומוחל ואין צריך לתשובה ,ואחר כך אמר דקב"ה אינו מקבל בתשובה,
לפי שהדין נותן שאינו ראוי לקבלו ומתנהג במידת הדין .אבל שניהם שקר ,כי
הקב"ה אינו מוותר בלא תשובה ,ותשובה מועיל לכל ואין לך דבר שעומד בפני
התשובה (ירושלמי פאה פ"א ה"א) ,כי חפץ חסד הוא לבל ידח ממנו נדח ,ולא
ה יחפוץ במות המת כי אם בשוב החוטא מחטאתו וחיה .ונמצא דאם בא בחסד
שהקב"ה מוחל ,צריך להשיבו במדת הדין שהקב"ה אינו וותרן .וכשבא במדת
הדין לומר שהקב"ה אינו מקבל בתשובה ,צריך להשיבו בחסד כי חפץ חסד
הוא כנ"ל .ועל פי זה יתיישב היטב ,דידוע דימין הוא חסד ,ושמאל הוא דין.
והיינו דאמרה הנשמה ליצר הרע אם השמאל ,שאתה תבא בשמאל דהיינו דין,
שתאמר שהקב"ה אינו מקבל בתשובה ,אז ואימינה אז אשוב כי חפץ חסד הוא.
ואם הימין ,שאתה בא בחסד לומר שהקב"ה וותרן ,ואשמאילה לומר שהקב"ה
אינו וותרן כנ"ל".
אמרי מנחם /האזינו
די פארקערטע טענה :דער אייבערשטער איז אזוי בייז אז ער וועט נישט מוחל זיין אפילו אויב
דו טוסט תשובה
אבער וויבאלד דער יצר הרע וועט זען ,אז מיט דעם מענטש קען ער
נישט אויספירן אויף דעם מהלך ,וועט ער קומען צו גיין מיט
א פארקערטע תחבולה ,דאס מאל וועט ער מאכן דעם אייבערשטן
פאר גאר א שטרענגער ,און ער וועט זאגן פארן מענטש" :דו ביסט
דאך אזא חוטא ופושע! דו האסט דאך אזויפיל געזינדיגט! נו ,ווי
קענסטו דען זאגן אז דו קענסט נאך תשובה טון? מילא ,ווען עס
וואלט געווען נאר איין מאל וואס דו האסט עובר געווען אויף רצון
הבורא ,און יעצט ווילסטו דאס ערשטע מאל תשובה טון און זיך
פארנעמען צו זיין ערליך און גוט – נו ,וואלסטו נאך אפשר געקענט
ָ
תשובה טון ,אבער נאכן זינדיגן אזויפיל מאל און אזויפיל מאל זיך
מקבל זיין אויף להבא צו זיין אן ערליכער איד ,און דאך ביסטו
ווייטער דורכגעפאלן – אזא איינעם העלפט נישט קיין תשובה ,ווייל
דער אייבערשטער איז דאך נישט קיין מוותר! דער אייבערשטער
וועט זיכער נישט אננעמען די תשובה פון אזא זינדיגער מענטש ווי
דו! דו ביסט שוין א פארלוירענער פון יענע וועלט! נו אויב אזוי ,האב
כאטש הנאה פון דער וועלט!".
א מענטש דארף וויסן אז דער אייבערשטער איז נישט קיין 'וותרן' אבער מען קען אלעמאל
תשובה טון
אבער א מענטש טאר זיך נישט דערשרעקן פון די אלע טענות היצר,
און ער דארף וויסן אז ער איז קיינמאל נישט פארפאלן!
קיינמאל! מען קען אלעמאל תשובה טון! ווי עס שטייט (ירושלמי פאה א,
א)" :אין לך דבר העומד בפני התשובה" – נישטא אזא זאך ווי 'יאוש',
אז עס איז שוין צו שפעט אדער צופיל עוונות ,אלעמאל קען א איד
זיך ארויסדראפען פון די בלאטע און תשובה טון ,און דער
אייבערשטער וועט אים מקבל זיין באהבה ,ווייל דער אייבערשטער
איז א גוטער און ער וויל אלעמאל אז אידן זאלן תשובה טון – אין סיי
ו
וועלכן מצב זיי זענען.
הפרד נא מעלי – וועלכע ניגון דו זינגסט וועל איך זינגען פארקערט
מיט דעם טייטשט דער ישמח משה דעם פסוק אין פרשת לך (בראשית
"ה ּ ָפ ֶרד נָ א ֵמ ָע ָלי" – דער איד זאגט פארן יצר הרע ,גיי אוועק
יג ,ט)ִ :
ּ ׂ ֹ
"אם ַה ְשמאל" – טאמערפון מיר און לאז מיך אפ מיט דיינע טענותִ ,
אמרי מנחם /האזינו
וועסטו גיין מיט 'שמאל' – דאס איז דער 'מדת הדין' ,אז דו וועסט
אויסמאלן דעם אייבערשטן פאר א שטרענגער ,וואס ער וויל נישט
ימנָ ה" – דעמאלט וועל איך גיין מיט 'ימין'
אננעמען מיין תשובה" ,וְ ֵא ִ
– דאס איז דער 'מדת החסד' ,מיט דעם 'ימינך ה' פשוטה לקבל שבים
(תנחומא בשלח טו) ,און איך וועל גלייבן אז דער אייבערשטער איז 'חפץ
חסד' און ער וועט יא אננעמען מיין תשובה" .וְ ִאם ַה ָ ּי ִמין" – טאמער
וועסטו קומען מיט 'מדת החסד' און אראפלייגן דעם אייבערשטן
אלס א 'וותרן' וואס ער איז נישט מקפיד אויב מען זינדיגט,
ׂ
ילה" – דעמאלט וועל איך גיין מיטן 'דין' און זאגן אז דער
"וְ ַא ְש ְמ ִא ָ
אייבערשטער איז נישט קיין 'וותרן' ,נאר ער איז א 'א-ל קנא' וואס
ער איז מקפיד אויף יעדן חטא – טאמער מען טוט נישט קיין תשובה.
צור ילדך תשי – דו האסט געמיינט אז דער אייבערשטער איז א שוואכער און א 'וותרן'
קומט אויס ,אז דער בעל דבר פרובירט איינצורעדן דעם מענטש א
קיצוניות'דיגע מהלך ,אז אדער איז דער אייבערשטער א
'וותרן' ,אדער איז ער גאר שטרענג און ער איז נישט מוחל קיינמאל
אפילו אויב מען טוט תשובה .מיט דעם קען מען טייטשן דעם פסוק,
וואס משה רבינו זאגט דא מוסר פארן כלל ישראל ,פארוואס זיי לאזן
זיך פונעם יצר הרע און זיי נעמען ָאן אלע זיינע טענות .און דאס
ׁ
זאגט ער" :צ ּור יְ ָל ְד ָך ּ ֶת ִשי" – איידער דו ביסט עובר אויף אן עבירה,
מאכסטו דעם כח פונעם אייבערשטן כאילו עס איז שוואך ,דאס
הייסט ,דו האסט אראפגעלייגט אזא סארט בילד ,כאילו דער
אייבערשטער איז א 'מוותר' און א שוואכער וואס לייגט אראפ די
געווער ,און ער באשטראפט נישט געהעריג אויף די עבירות וואס
מען זינדיגט חלילה.
ותשכח א-ל מחוללך – דו האסט געמיינט אז דער אייבערשטער איז נישט מקבל דיין תשובה
אבער נאכן זינדיגן ביסטו פלוצלינג געווארן זייער פרום און דו
ז האסט אנגעהויבן זאגן פארקערט ,אז דער אייבערשטער איז
אזוי שטארק מקפיד אויף א חטא ,אז ער וועט נישט מוחל זיין אפילו
ֹ ׁ
אויב מען טוט תשובה .און דאס זאגט דער פסוק" :וַ ּ ִת ְש ַּכח ֵאל ְמח ֲל ֶל ָך"
– דו האסט פארגעסן אז דער אייבערשטער האט דיך געבוירן –
נאכדעם וואס דיין מוטער האט געהאט געשוואוירן אז זיי וועט נישט
האבן נאך קינדער ,און דאך האט איר דער אייבערשטער מוחל
אמרי מנחם /האזינו
געווען אויפן מחלל זיין די שבועה ,וויבאלד זי האט תשובה געטון און
געברענגט א קרבן חטאת .און כאטש דאס איז נישט געווען בלויז
איין מאל אין לעבן ,נאר דאס האט זיך איבערגע'חזר'ט ביי יעדעס
קינד וואס זי האט געהאט ווייל ער איז א 'חנון המרבה לסלוח' ,נו
אויב אזוי ,פארוואס פאלסטו אריין אין א יאוש ,און דו גלייבסט נישט
אז דער אייבערשטער וועט דיך אויך אננעמען בתשובה – אפילו
אויב דו האסט שוין אזויפיל מאל תשובה געטון ,און דערנאך צוריק
אריינגעפאלן ,ווייל עס איז נישטא קיין שיעור וויפיל מאל דער
אייבערשטער איז מקבל תשובה און איז מכפר פאר א איד.
מחוללך – ער איז דיר מוחל נאכאמאל און נאכאמאל
מיט דעם פארשטייט מען פארוואס דער פסוק כאפט ָאן דייקא דעם
ענין פון דעם ציטער וואס די 'יולדת' האט ,ווייל דייקא צוליב
דעם פחד וואס זי ציטערט – איז זי 'קופצת ונשבעת שלא תזקק',
קומט דאך אויס ,אז דארט ליגט דער גרעסטער באווייז ווי ווייט דער
אייבערשטער איז מקבל תשובה .און דערפאר זאגט דער מדרש אויף
דעם" :ותשכח א-ל מחוללך ,א-ל שמוחל לך על כל עונותיך" – דו
האסט פארגעסן אז מען דארף זיך קיינמאל נישט מייאש זיין פון
תשובה ,ווייל דער אייבערשטער איז אלעמאל מוחל אויף אלע דיינע
עוונות – נישט קיין חילוק וויפיל מאל דו האסט שוין תשובה געטון.
און די ראיה דערצו איז פון 'המוציאך מרחם' ,וואס דארט איז דאך
געווען אזא הארבע זאך ווי א 'חילול שבועה' ,און דאך האט איר דער
אייבערשטער מוחל געווען דערויף ,נו ,זעסטו דאך ארויס דערפון
דעם גרויסן חסד ,ווי דער אייבערשטער איז מוחל אפילו אויב מען
האט שוין אזויפיל מאל צוגעזאגט אז מען וועט שוין זיין וואויל ,און
מען איז נכשל געווארן נאכאמאל און נאכאמאל חלילה ,איז
פונדעסטוועגן קען מען נאכאלץ תשובה טון און דער אייבערשטער
וועט נאכאמאל און נאכאמאל מקבל זיין די תשובה .און דערפאר
ח
שטייט 'מחוללך' מיט צוויי למד'ס ,כדי מדגיש צו זיין דעם 'ריבוי
המחילה' וואס דער אייבערשטער איז מוחל נאכאמאל און נאכאמאל
ָאן קין שיעור.
אמרי מנחם /האזינו
דער חסד ה' אז ער דרייט אלעס איבער אויף זכיות
דער קדושת לוי (לשבת שובה ד"ה מי אל כמוךג) זאגט ,אז סוכות טוען אידן
'תשובה מאהבה' ,און דורכדעם ווערן אלע עבירות איבערגעדרייט
צו 'זכיות' .און לויט ווי מען רעדט ,קומט אויס אז דער חידוש דערפון
איז אזוי גרויס ,אז כאטש א איד האט שוין אזויפיל יארן תשובה געטון
'מיראה' אין די הייליגע טעג ,און שפעטער האט ער תשובה געטון
'מאהבה' אין סוכות ,און דאך איז ער נעבעך נאכאמאל דורכגעפאלן
אינמיטן יאר – דאך איז דער אייבערשטער אזא 'רב חסד' ,אז ער
קוקט נישט אויף דעם אלעם ,נאר יעדעס יאר ווען עס קומט די
הייליגע טעג איז נישט נאר אז ער איז מוחל די עוונות ,נאר ער איז
עס גאר מהפך לזכיות.
דער אייבערשטער זאל העלפן ,מען זאל קענען אויסנוצן די הייליגע
טעג ,תשובה טון א תשובה שלימה מתוך אהבה ,און אלץ זאל
נתהפך ווערן לזכיות ,און מען זאל זוכה זיין צו א גמח"ט ,א געהאלפן
יאר און א געבענטשט יאר ,מיט אלע השפעות טובות מתוך הרחבת
הדעת ,מיט די גאולה שלימה במהרה בימינו ,אמן.
ג וזל"ק" :איתא בגמרא ולקחתם לכם ביום הראשון ,וכי ראשון הוא וכו' ,אלא ראשון
לחשבון עונות .שלכאורה אין לו ביאור וכו' .והנראה ,כי באמת נכון הדבר שבימים
האלו מר"ה עד יוה"כ כל איש ואיש בודאי עיניו פקוחות על כל דרכיו לשוב אל ה'
איש לפי שכלו יהולל ולפי מדריגתו מפחד ה' ומהדר גאונו בקומו לשפוט הארץ
כי קרוב יום ה' ומי יכול להצטדק בדין ומי הגבר אשר לא ירא ואיזהו נפש אשר
לא תעונה ,כי יבא להיות נשפט לפני שופט כל הארץ על כל מעשיו הלא החרד
על דבר ה' יעשה במרום הר שכלו לתקן את אשר עוות והתשובה נקרא תשובה
מיראה .ואחר יוה"כ כשעוסקין במצות סוכה ולולב וד' מינים וצדקה כיד ה'
הטובה בנדבה וחובה לעבוד את עבודת ה' בשמחה וטוב לב ,אזי התשובה
הזאת תשובה מאהבה .וידוע מאחז"ל שע"י תשובה מיראה הזדונות נהפכו
לשגגות וע"י תשובה מאהבה הזדונות נהפכו לזכיות כאשר איתא שם .והקב"ה
ברוב רחמיו וחסדיו הרוצה בתקנות השבים לפניו באמת ובאהבה כאמור ולא
ט תחפוץ במות המת כי אם בשובו מחטאיו וחיה .על כן בחג הזה שאנו באים
לחסות בצל שדי על ידי מצות ומעש"ט מאהבת השם יתברך אז מונה העונות
לידע כמה מצות יהיה חילוף העונות ,מה שאין כן עד סוכות דהוא מיראה אזי לא
ימנה כלל שעדיין הם שגגות .אמנם בסוכות שאז הוא מאהבת השם אז השם
יתברך מונה וסופר העונות כדי שיתהפכו לזכיות ויהיו מליצים טובים על ישראל.
וזהו פירוש ראשון ,הוא שנקרא החג הזה ראשון כי לו משפט להקרא ראשון על
שיש בו מעלות חשבון העונות ואזי הוא משפיע לנו טובה וברכה כאשר רצונו
יתברך להשפיע תמיד ,כי יותר ממה שהעגל רוצה לינק פרה רוצה וכו'".
לשבת שובה
ׁשו ָּבה יִ ְׂש ָר ֵאל ַעד ה' ֱאל ֶֹק ָיך ּ ִכי ָכ ׁ ַשלְ ָּת ַּב ֲעוֹנֶ ָך.
ְקח ּו ִע ָּמ ֶכם דְּ ָב ִרים וְ ׁשוּב ּו ֶאל ה'.
א) לכאורה ,פארוואס טוישט ער פונעם רישא צו דער סיפא ,אז ער
הייבט ָאן מיט א לשון יחיד 'שובה ישראל' ,און ער
ענדיגט מיט א לשון רבים 'ושובו אל ה''?
ב) אויך דארף מען פארשטיין דעם לשון 'קחו עמכם דברים' ,וואס
מיינט 'מיטנעמען דיבורים' ,ער וואלט געדארפט זאגן 'דברו
דברים'?
ׁ ׂ ֹ ֹ ֹ ֹ
אמר עוד ֱאל ֵקינ ּו ְל ַמ ֲע ֵשה יָ ֵדינ ּו ֲא ֶשר ְ ּב ָך
ג) ווייטער שטייט" :וְ לא נ ַ
ֹ
יְ ֻר ַחם יָ תום" .זאגט רש"י" :ולא נאמר עוד למעשה ידינו -
שהם אלקינו .אשר בך -לבדך תהיה תקותינו המרחם יתומים" – אונז
וועלן מער נישט מאכן קיין גאט פון אונזערע 'מעשי ידים' ,נאר מיר
וועלן האפן בלויז צו דיר וואס דו האסט רחמנות אויף יתומים.
לכאורה ,וואו קומט דא אהער דער ענין פון 'מרחם יתומים'?
ֹ ֹ ֹ ֹ ֹ ֹ
יח לו ַּכ ְ ּל ָבנון". ד) ווייטער שטייט" :יֵ ְלכ ּו יונְ קו ָתיו וִ ִ
יהי ַכ ַ ּזיִ ת הודו וְ ֵר ַ
זאגט רש"י" :ילכו יונקותיו -יסגון בנין ובנן ויהי כזיו
מנרתא דקודשא זיוהון וריחהון כריח קטרת בוסמיא" – די קינדער
וועלן זיין אזוי שיין ווי די מנורה פון בית המקדש און זיי וועלן שמעקן
ווי די קטורת .לכאורה ,וואו קומט דא אהער צו דער פרשה – וואס
איז מעורר צו 'תשובה' – דער ענין פון די ליכטיגקייט פון די קינדער?
'וידוי פה' ָאן קיין הארץ – איז ערגער ווי נישט זאגן
עס איז איינגעפירט צו זאגן א 'שבת שובה' דרשה .אבער אינ'אמת'ן
איז נישט אזוי פשוט צו זאגן א דרשה אויף תשובה ,ווייל דער י
חתם סופר רעדט ארום (פרשת וילך ד"ה ואנכי הסתר אסתירד) ,אז צו זאגן
ד וז"ל" :והנה וידוי פה הוא עבירה עצומה להתוודות בלא לב ואח"כ חוזרים למעלליהם
המקולקלים ,וזהו שאמר כלפי שאמר בתחילה שיסתיר פניו על מעלליהם ואח"כ
יתוודו ויאמרו על כי אין אלקי בקרבי וכ' רמב"ן שזוהי וידוי מזויפת על כן אמר
אמרי מנחם /לשבת שובה
'וידוי בפה בלא לב' איז אן 'עבירה עצומה' רחמנא ליצלן .ווייל אז
מען איז זיך שוין מתודה – דארף מען עס מיינען ערנסט מיט אן
אמת'דיג הארץ.
שבת שובה דרשה – נאכזאגן פון צדיקים הקודמים
קומט דאך אויס ,אז ווען מען זאגט א 'שבת שובה' דרשה ,וואס מען
רעדט דיבורים פון 'תשובה' און 'תיקון המעשים' – דארף מען
דאס מיינען 'ערנסט' ,אז עס זאל זיין 'דברים היוצאים מן הלב' ,ווייל
אויב נישט – איז דאס א בחינה פון 'וידוי בפה בלא לב' .איז דאך עס
פארבינדן מיט גרויסע חששות ,ווייל אויב איז עס א שיינע דרשה –
קען מען קומען צו גאות ,וואס דאס איז דאך דער היפוך פון 'דברים
היוצאים מן הלב' .און אויב איז די דרשה נישט ווי עס ברויך צו זיין –
איז עס א חשש פון חילול השם רח"ל; ווי עס ווערט געברענגט פון
פריערדיגן בעלזער רב ,אז א 'בר אבהן' וואס ער איז נישט קיין 'בר
אוריין' איז א חשש פון חילול השם .נו ,וויאזוי קען מען זאגן א 'שבת
שובה' דרשה – ָאן אריינפאלן אין די אלע חששות? האב איך
געקלערט ,אז מען זאל נאכזאגן א ווארט פון די הייליגע צדיקים,
וואס דאס איז דאך 'דברים אמיתיים' ,און דאס איז דאך אודאי געווען
'דברים היוצאים מן הלב' ,ממילא ,דורכדעם וואס מען זאגט נאך
זייערע דיבורים וואס איז ארויס פון זייער הייליג הארץ – איז דאס
אודאי מעורר לתשובה.
כי כשלת בעוניך – וואס איז דער נתינת טעם?
ֹ ׁ ׂ
ש ָר ֵאל ַעד ה' ֱאל ֹ ֶק ָ ׁ
יך ִּכי ָכ ַש ְל ּ ָת ַ ּב ֲעונֶ ָך ְקח ּו ִע ָּמ ֶכם אויפן פסוק" :ש ּו ָבה יִ ְ
ׁ
ְ ּד ָב ִרים וְ ש ּוב ּו ֶאל ה'" .שטעלט זיך דער בני יששכר (מאמרי תשרי
ד ,כגה) :וואס איז די כונה פון דעם לשון 'עד ה' אלקיך'? און וואס איז
עתה יכפיל ההסתר ע"י חטא הוידוי ומן יום הוידוי יעשה מן אותו יום מחיצה
אי ר"ל להכפיל ההסתר ,וזהו ואנכי הסתר אסתיר בכפל ביום ההוא פי' באותו היום
שהתוודו בו פי' במחיצה הנעשית מן אותו היום בה אסתיר בכפל על כי פנה אל
אלהים אחרים אחר הוידוי כנ"ל".
ה וזלה"ק" :ויתפרש עוד ,שובה ישראל עד וכו' ,והנה נאמר אשר חכמים הגידו ברוח
קדשם הלא בספרתם ,כמה סיגופים יסגף את עצמו לכל חטא ועון להתם
חלאת זוהמת המקטרג שנעשה ע"י העון ולהעבירו מן העולם ולבטלו ,וגם
להתם חלאת זוהמת גופו שנעשה ע"י הנאת העונות ,הגם שהמצות עשה של
אמרי מנחם /לשבת שובה
דער 'נתינת טעם' פון 'כי כשלת בעונך' ,אז מען זאגט אז מען דארף
תשובה טון – פארשטייט מען אליינס אז מען האט געזינדיגט? און
וואס איז דער פשט פון 'קחו עמכם דברים'?
תעניתים וסיגופים איז כדי ממרק צו זיין דעם זוהמת החטא
זאגט דער בני יששכר אזוי :מען ווייסט דאך וואס עס שטייט אין
'רוקח' (הל' תשובה) און נאך ספריםו ,אז אויף יעדן חטא איז
פארהאן פארשידענע 'תיקונים' וויאזוי דאס צו פאררעכטן – דורך א
געוויסן מספר פון תעניתים און סיגופים אויף יעדן חטא – וואס
דורכדעם איז מען מזכך און מתקן דעם 'פגם הנשמה' ,וואס די נשמה
איז געווארן נפגם פונעם חטא .און כאטש ער האט שוין תשובה
געטון און געזאגט 'וידוי' – וואס דורכדעם ווערט אים 'נמחל' דער
חטא ,אבער דאך בלייבט נאך איבער א 'זוהמא' אויף דער נשמה -
ביז ווען ער איז דאס מתקן דורך די סיגופים און תעניתים.
היינט זענען די גופים צו שוואך צו פאסטן
דאס איז אלץ גוט געווען אין די 'דורות הקודמים' ,וואס זיי זענען
געווען גרויסע 'בעלי כח' ,זיי האבן געהאט א שטארקן גוף.
אבער ווי לענגער דער גלות נעמט – אלץ שוואכער ווערט דער גוף;
ווי מען זעט אין די גמרא (סוטה מט" :).משמת רבן גמליאל הזקן בטל
כבוד התורה" – ביז נאך רבן גמליאל פלעגט מען לערנען א גאנצן
תשובה מן התורה הוא סתם לשוב אל הש"י ולהתודות לפניו מעומקא דלבא על
כל חטא ועון ולהתחרט מאד באמת על העבר ולעזוב העונות ויקבל על עצמו על
העתיד כמו"ש לעיל בדרושים ,עכ"ז הסיגופים נצרכים לטעם הנ"ל ,והנה כאשר
האדם חלש ואינו יכול לסבול סיגופים (ובפרט בדורות הללו אשר תש כוחינו
מן כובד הגלות והיסורין) ,עכ"ז יקיים האדם מצות עשה דאורייתא לשוב אל
הש"י כמו"ש לעיל ,והש"י יקבל תשובתו ,כי הש"י יודע ועד שאין בכחינו לסבול
סיגופים ,וזהו שיש לפרש ,שובה ישראל עד י"י אלקיך (ולא ימנעך מעשות
תשובה מה שאין אתה יכול לקבל סיגופים ,אין זה מניעה) כי כשלת בעונך ,על בי
דרך ינתנו לכושל שבהם [כתובות פד ].היינו החלש ,והכוונה ע"י העונות שבכל
דור נחלשים הכוחות ונתארך הגליות בעונות ואין בכח ויכולת לקבל סיגופים,
על כן די לשוב סתם כפי המצווה עלינו בתורה ושבת עד י"י אלקיך [דברים ל
ב] אפילו בלא סיגופים ,וזה שאמר אח"כ קחו עמכם דברים (וידוי דברים בלבד)
ושובו אל י"י וכו' ,והשי"ת יקבלנו בתשובה שלימה".
ו עי' ספר חסידים סי' קס"ז.
אמרי מנחם /לשבת שובה
טאג שטייענדיג אויף די פוס! אזעלכע כוחות האבן זיי געהאט! און
ווען ער איז נסתלק געווארן איז אראפגעקומען א חולשה אויף דער
וועלט ,און מען האט שוין געמוזט אנהייבן לערנען זיצנדיג .אויך זעט
מען אין די גמרא (חולין פד ).אז אין די פריערדיגע דורות האט מען
געזאגט ,אז א מענטש זאל נישט עסן קיין פלייש אזוי אפט ,אבער אין
די שפעטערע דורות האט מען געזאגט" :אמר רבי יוחנן אבא
ממשפחת בריאים הוה אבל כגון אנו מי שיש לו פרוטה בתוך כיסו
יריצנה לחנווני ,אמר רב נחמן כגון אנו לווין ואוכלין" .ווייל דער 'כובד
הגלות' מיט די אלע צרות וואס אידן מאכן מיט – מוטשעט אויס דעם
גוף ,און מען ווערט פשוט שוואכער און שוואכער .ממילא ,האט מען
נישט היינט די כוחות זיך מסגף צו זיין און פאסטן כדי מתקן צו זיין
די זוהמא פון די חטאים.
היינט קען מען ממרק זיין די זוהמא דורכן תשובה טון כהלכה
נו ,וועט א מענטש חלילה מיינען ,אז אויב קען מען נישט היינט
צושטעלן קיין סיגופים – האבן מיר נישט קיין עצה ,און מיר
קענען נישט ריכטיג תשובה טון און מתקן זיין די חטאים .זאגט דער
בני יששכר :ניין! דער אייבערשטער זעט דאס הארץ פון א איד ,אז
ער וואלט געוואלט צושטעלן אלעס אויף דער וועלט – כדי ריין צו
ווערן פון די זוהמא ,נאר דער מצב הגוף ערלויבט דאס נישט! ער
האט נישט די 'כוחות' דאס צו צושטעלן ,ממילא ,אויב א מענטש טוט
תשובה כהלכתו ,וואס ער איז זיך 'מתודה' מעומק הלב ,מיט חרטה
און קבלה על להבא ,ווערט עס פאררעכנט פאר אים ווי גלייך ער
וואלט זיך מסגף געווען און מתקן געווען אלעס.
כי כשלת – דו ביסט געווארן אפגעשוואכט פונעם לאנגן גלות
ׂ ׁ
מיט דעם טייטשט דער בני יששכר דעם פסוק דא" :ש ּו ָבה יִ ְש ָר ֵאל ַעד
יך" – עס איז גענוג אז דו זאלסט תשובה טון מיט דער ה' ֱאל ֹ ֶק ָ
גי תשובה פון 'עד ה' אלקיך' ,דאס מיינט וואס דער פסוק זאגט (דברים ל,
ב)" :וְ ׁ ַש ְב ּ ָת ַעד ה' ֱאל ֹ ֶק ָ
יך" – וואס דארט רעדט מען פון דער פשוט'ער
תשובה פון 'חרטה'' ,קבלה על להבא' און 'וידוי' .איי ,וועסטו פרעגן:
"איך דארף דאך צושטעלן אזויפיל סיגופים און תעניתים ,נו ,וויאזוי
וועט זיין גענוג מיט בלויז די פשוט'ע תשובה?" ,אויף דעם זאגט דער
ׁ
פסוקִּ :
"כי ָכ ַש ְל ּ ָת" – דו ביסט נעבעך שוואך בגוף – צוליב דעם לאנגן
אמרי מנחם /לשבת שובה
ֹ
"ב ֲעונֶ ָך" – וואס דאס איז אלעס צוליב דיינע עוונות
און שווערן גלותּ ַ ,
וואס זענען מאריך דעם גלות נעבעך ,וואס דאס האט דיר
ארויסגענומען די כוחות! ממילא ,קענסטו נישט צושטעלן אזא
עבודה פון סיגופים ,נאר עס איז גענוג אז דו ביסט מקיים דעם פסוק
"ושבת עד ה' אלקיך" ,און דאס וועט זיין גענוג פאר א 'תיקון הנפש'
כאילו דו וואלסט געמאכט אלע סיגופים .און דאס זאגט דער פסוק:
"קח ּו ִע ָּמ ֶכם ְ ּד ָב ִרים" – זיי זיך מתודה מיט 'וידוי פה' און מיט אן
ְ
אמת'דיגן פנימיות .און מיט דעם אליין וואס איר וועט טון די פשוט'ע
תשובה וואס שטייט אין דער תורה ,וועט דער אייבערשטער – וואס
ער איז א 'יודע מחשבות' און ער ווייסט דעם מצב פון יעדן איד –
וועט ער אייך מוחל זיין און געבן אן אמת'דיגע סליחה ומחילה .אזוי
זאגט דער הייליגער בני יששכר.
א דיבור פון א צדיק איז 'פרה ורבה'
דער תפארת שלמה (פרשת בלק ד"ה מברכיךז) ברענגט פונעם בעל שם
טוב ,אז א דיבור פון א צדיק איז 'פרה ורבה' ,מען קען בויען אויף
דעם און מחדש זיין נאך און נאך חידושים .ממילא ,קען מען אפשר
גיין ווייטער מיט דעם יסוד וואס דער בני יששכר זאגט דא – אז מען
פארלאנגט נאר פון א איד ,אז ער זאל צושטעלן דאס וואס ער קען
צושטעלן לויט זיינע כוחות.
ז וזל"ק" :ידוע גודל מעלת הצדיקים אשר יש כח בדיבור אחד מד"ת שלהם להיות
פרה ורבה בלב שומע מהם להגדיל תורה ויאדיר כמ"ש הבעש"ט במשנה
בפרקי אבות (ו ,ג) הלומד מחבירו פרק אחד כו' אפי' אות אחת צריך לנהוג די
בו כבוד וק"ו מדוד המלך ע"ה שלא למד מאחיתופל רק שני דברים בלבד כו'
ק"ו הלומד מחבירו אפי' אות אחת כו' .והקשו הראשונים מה ק"ו בזה הלא דוד
למד שני דברים ואיך יליף ק"ו על אות אחת .אך הפי' בזה שדוד המלך לא למד
מאחיתופל רק ב' דברים בלבד כי תורתו לא הי' בבחי' פרה ורבה .אבל הלומד
אצל רב הגון הלומד תורה לשמה הוא בבחי' זריעה שמגרעין אחד יוצא כמה
שבלים כן אפי' מאות אחת יכול להיות כמו מעיין המתגבר להיות פרה ורבה לכן
צריך לנהוג בו כבוד".
אמרי מנחם /לשבת שובה
דורכדעם וואס די קינדער קומען צו 'הקהל' – וועלן זיי שפעטער אליינס לערנען תורה
מען קען אפשר זאגן דעם זעלבן יסוד כלפי דעם ענין פון 'חינוך
הבנים' .ווייל דער חתם סופר (פרשת וילך ד"ה הקהלח) זאגט אויף
דער מצוה פון 'הקהל' ,אז דער פשוט'ער טעם פון דער מצוה צו
ברענגען קליינע קינדער אין בית המקדש איז ,כדי זייערע אויערן
זאלן דארט הערן דעם 'קול תורה' ,וואס דאס וועט זיי מקדש זיין די
נשמה און וועט גורם זיין אז אויף דער עלטער וועלן זיי אליינס
לערנען תורה און אויסוואקסן תלמידי חכמים און צדיקים; ווי מען
זעט ביי רבי יהושע בן חנניה (ירושלמי יבמות א ,ו) ,אז די מוטער זיינער
האט אריינגעטראגן זיין בעטל אין בית המדרש כדי ער זאל הערן
דעם קול תורה ,און דאס וועט אים מקדש זיין.
צוויי חלקים אין 'חינוך הבנים' – א טבעיות'דיגער און א סגולה'דיגער
קומט אויס ,אז עס איז פארהאן צוויי חלקים פון 'חינוך' וואס א
טאטע דארף מחנך זיין דאס קינד ,דער ערשטער חלק איז
כפשוטו – וואס מען דארף לערנען מיטן קינד און אים מוסר'ן טאג
טעגליך .און דער צווייטער אופן פון חינוך ,איז א 'חינוך סגולי' צו
הייליגן דאס קינד ווען ער איז נאך יונג – צי דורכן רעדן יראת שמים
מיט די קינדער ,צי דורכן זיי נעמען אין בית המדרש אריין ,צי דורך
אנדערע סגולות; ווי מען פירט זיך טאקע ,אז ביי די דריי יאר טוט
מען אים ָאן ציצית ,מען מאכט אים פאות און מען טראגט אים אין
חדר לערנען תורה – כאטש וואס ער איז נאכנישט 'הגיע לחינוך',
ווייל דאס איז אלעס כדי אים אריינצוברענגען אינעם 'בשנה הרביעית
ח וז"ל" :הקהל את העם האנשים והנשים והטף וגו' למען ישמעו ולמען ילמדו וגו'
ובניהם אשר לא ידעו ישמעו ולמדו ,וכ' רמב"ן אין אלו יונקי שדים אלא טף
שהגיעו לחינוך שהאב מסביר להם ומבינים ,אבל חז"ל אמרו טף למה באו ליתן
שכר למביאיהם עכ"ל משמע מזה דחז"ל עשו ב' מיני טף ,הטף הראשון אנשים
וט ונשים וטף הם המגיעים לחינוך ,ואידך ובניהם אשר לא ידעו המה קטני קטנים
ולא באו אלא ליתן שכר למביאיהם ,והנה נניח עתה גוף המאמר ,רק אומר לפי
הבנה זו דבניהם אשר לא ידעו המה קטני קטנים מפורש בקרא טעם ביאתם,
ובניהם אשר לא ידעו ישמעו ולמדו פי' עפ"י מ"ש ירושלמי [יבמות פ"א ה"ו]
אמו של ריב"ח הכניסה עריסה שלו בביהמ"ד כדי שיכנס באזנו קול דברי תורה
וזה מסוגל לכשיגדל שיהי' ת"ח וצדיק ,וה"נ אחר שציוה להביא הטף שהגיעו
לחינוך ,שוב אמר ובניהם אשר לא ידעו שלא הגיעו לחינוך ,מ"מ ישמעו ויכנס
באזניהם קול המולה של תורה ,וילמדו בעתיד אחר זמן לכשיגדל".
אמרי מנחם /לשבת שובה
יהיה קודש' – אז דאס קינד זאל ווערן הייליג מנעוריו ,און ער זאל
בלייבן אלעמאל אן ערליכער איד.
דער עיקר תביעה צו א טאטן איז אויפן סגולה'דיגן חינוך – פארוואס האט ער נישט געטון
כאטש דאס
ממילא ,קען מען צושטעלן דעם יסוד פונעם בני יששכר כלפי דעם
וואס א מענטש דארף תשובה טון און זיך פארבעסערן מיטן
ענין פון 'חינוך הבנים' ,אז מילא צו לערנען מיטן קינד – קען זיין אז
דו האסט נישט קיין צייט ,דו ביסט טרוד מיט דיינע טירדות הפרנסה
וכדומה ,אבער צו נעמען דאס קינד אין בית המדרש אריין וואו אידן
דאווענען ערליך ,א מקום וואו מען זיצט ביי שלש סעודות מיט אן
ערנסטקייט ,וכדומה – וואס דאס אלעס גייט אריין טיף טיף אינעם
קינד באופן סגולי – פארוואס זאלסטו דאס חלילה פארנאכלעסיגן?
ווער רעדט נאך חס ושלום ,חס מלהזכיר ,אז דער טאטע אליינס
ווייזט גאר פארן קינד א פארקערטע דוגמא ,ער רעדט ביים דאווענען,
אדער היט זיך נישט די אויגן אין גאס ,וכדומה – איז דאך א
מאנט פון יעדן איינעם בלי שום יוצא
געוואלדיגע תביעה וואס מען ָ
מן הכלל ,און אויף דעם איז נישטא קיין תירוץ! ווייל דאס איז נישט
אזוי שווער און יעדער קען דאס באווייזן.
קחו עמכם דברים – נעם מיט דיין קינד אין גוטע פלעצער וואס זאל אים מקדש זיין
מיט דעם קען מען טייטשן דעם פסוק ,אז ער רעדט לגבי די תשובה
וואס א מענטש טוט תשובה אויפן חינוך פון זיינע קינדער:
ׂ
ש ָר ֵאל ַעד ה' ֱאל ֹ ֶק ָ ׁ
יך" – דא רעדט ער בלשון יחיד ,און ער זאגט "ש ּו ָבה יִ ְ
פאר'ן יחיד" :טוה תשובה אויפדעם וואס דו האסט נישט גענוג מחנך
געווען דיינע קינדער" .איי ,וועסטו זאגן אז דו אליינס מיט דיינע
ֹ ׁ
"כי ָכ ַש ְל ּ ָת ַ ּב ֲעונֶ ָך"
אייגענע כוחות קענסט אים נישט גענוג מחנך זייןִּ ,
– ווייל דו ביסט שוואך און דו האסט נישט אלעמאל די כוחות דערצו.
ׁ
"קח ּו ִע ָּמ ֶכם ְ ּד ָב ִרים וְ ש ּוב ּו ֶאל ה'"
איז אבער פארהאן אן עצה דערצוְ :
זט
– דא רעדט ער שוין 'בלשון רבים' ,דורכדעם וואס דו וועסט מיטנעמען
דיין קינד אין בית המדרש אריין ,אז עס זאל אריינגיין אין זיינע
אויערן דער קול תורה וואס מען לערנט אין בית המדרש ,ער זאל זיך
צוקוקן ווי ערליכע אידן לייגן אראפ א דאווענען ,וכדומה – דאס איז
אמרי מנחם /לשבת שובה
די עצה! און אויף דעם האסטו יא די כוחות ,כאטש מחנך צו זיין דיין
קינד און אים אריינגעבן די קדושה באופן סגולי.
אשר בך ירוחם יתום – האב רחמנות אויף דיינע קינדער זיי זאלן נישט זיין ווי יתומים
ֹ ֹ ֹ ֹ
אמר עוד ֱאל ֵקינ ּו
און אויף דעם זאגט דער פסוק ווייטער" :וְ לא נ ַ
ׂ
ְל ַמ ֲע ֵשה יָ ֵדינ ּו" – דורכדעם וואס דו וועסט מחנך זיין דיין קינד
אויפן 'אופן הסגולי' ,וועסטו נתעורר ווערן אויך אים מחנך צו זיין
אויפן געהעריגן אופן החינוך ,און דו וועסט מער נישט מאכן אזא
'אפגאט' פון דיינע 'מעשה ידים' ,אז דו האסט נישט קיין צייט צו דיינע
ׁ
"א ֶשרקינדער ,ווייל דו ביסט פארנומען צו ארבעטן פאר פרנסה ,נאר ֲ
ֹ
ְ ּב ָך יְ ֻר ַחם יָ תום" – דו וועסט רחמנות האבן אויף דיינע קינדער וועלכע
זענען לעבעדיגע יתומים ,וויבאלד זייער טאטע איז פארנומען טאג
און נאכט ,און האט נישט קיין צייט צו לערנען מיט זיי און זיי מחנך
ֹ ֹ
זיין .און אויף דעם פירט אויס דער פסוק" :יֵ ְלכ ּו יונְ קו ָתיו וִ ִ
יהי ַכ ַ ּזיִ ת
ֹ ֹ ֹ ֹ
יח לו ַּכ ְ ּל ָבנון" – דורכדעם וואס דער טאטע וועט זיך מער הודו וְ ֵר ַ
אפגעבן און לערנען מיט זיינע קינדער ,וועלן די קינדער לייכטן און
שיינען אין אידישקייט.
Ƿ דברי כיבושין *
טייערע ברידער ,ווען עס קומט צו גיין די 'שלש סעודות' ,דער
הייליגער 'רעוא דרעוין' – וואס אידישע קינדער אמאל
האבן זיך [דעמאלט] אויסגעגאסן די הערצער! וואס איז געווען ביי
שלש סעודות אמאל! אזויווי א 'ליל יום כיפורים' – איז געווען א שלש
סעודות! [מען האט פארגאסן] תפלות ותחנונים! ווער האט געקענט
רעדן א ווארט? וויאזוי איז מען געווען אומשטאנד מסיח [דעת] צו
זיין פון דעם הייליגן זמן 'רעוא דרעוין'? פון צו בעטן דעם בורא כל
עולמים ,אז די וואך זאל מיר קומען בהצלחה מיט געזונט ,איך זאל
זי
נישט נכשל ווערן – נישט איך און נישט מיינע קינדער – מיט קיין
עבירות! מען זאל קענען טון דעם רצון הבורא! עס איז דאך געווען
אזא זמן תפלה! און מען האט געזען ממש ווי די געוואלדיגע תפלות
פון דעם עת רצון האט געמאכט א רושם און פעולות.
* צו הערן די דברי כיבושין ,רופט 718-400-7790און דרוקט 1
אמרי מנחם /לשבת שובה
רבותי ,מען קען יעדע זאך פארוואסערן ,מען קען יעדע זאך אזוי
לייכט מאכן צונישט .מען מיינט" :איך בין דאך סייווי סיי
גארנישט ,אויב אזוי ,וואס דארף איך זיצן מיך שאקלען ביי שלש
סעודות? צומאכן די אויגן און בעטן ביי דעם בורא כל עולמים? איך
בין דאך סייווי סיי גארנישט ,וועל איך רעדן און שמועסן ,און שוין,
איך גיי מיך נישט פארפרומען! עס איז דאך אזעלכע מיני מחשבות
פסולות ,וואס האט נישט קיין שיעור ,עס האט נישט קיין ערך.
[עס איז דא] פארשידענע משלים [אויף דעם .לדוגמא] :ווען א
מענטש קומט אין א זמן פון א מלחמה וכדומה ,וואס מען דארף
זיך אכטונג געבן ,מען דארף טון – וועט ער דען זאגן" :איך בין
גארנישט"? [אזוי אויך] :ווען עס קומט צום גוף ,איז ער גארנישט ביי
זיך 'גארנישט'! ער איז שוין ביי זיך זייער גוט און זייער שטארק! [און]
נאר ווען עס קומט צו דעם חלק פון די נשמה ,דעמאלט פארגעסט
מען זיך! [דארט] קומט אריין די 'ענוה פסולה' רחמנא ליצלן ,וואס
דער תולדות (פר' שלח אות ג) זאגט :עס איז נאך ערגער ווי גאות! און עס
נעמט אוועק ביי אידישע קינדער אזויפיל שלש סעודות'ן! אזעלכע
עת רצון'ס!
מען זאל וויסן יעדער איד ,וואס טייטשט 'שלש סעודות' .מען זאל
אביסל קוקן ספרים וואס טייטשט זמן 'רעוא דרעוין' .וואס
טייטשט ווען א איד שטעלט זיך אזוי [אוועק] פאר זיך ,און טאקע ער
פארמאכט די אויגן ,ער האט נישט אינזין [עפעס אנדערש] ,און לאזט
א טרער ,און בעט זיך ביים בורא כל עולמים – וואלט ער געזען ממש
בפועל 'ישועות'! ער וואלט געזען בפועל אן התעלות אין רוחניות און
אין גשמיות! דאס איז דאך א געוואלדיגע קדושה ,און ווי ווייט נאך
וואלט דאס גע'פועל'ט פאר אונזערע קליינע קינדערלעך וואס זיי
זיצן לעבן אונז ,און זיי זעען דעם טאטן ווי ער זיצט ביי שלש סעודות
באימה ויראה ,מיט אזא מין השתפכות הנפש ,און ער בעט זיך ביים
חי
בורא כל העולמים" :רבונו דכולא עלמא ,איך האב דא די קינדערלעך,
דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן וואקסן אויף! מיר געפונען
זיך אין א ביטערן מצב! אין א ביטערן דור! אין א שווערן דור! נאר
'סייעתא דשמיא' קען העלפן! מען קען נישט ָאן 'סייעתא דשמיא'!".
אמרי מנחם /לשבת שובה
און ממילא[ ,אז] דאס קינד זעט דעם טאטן זיצן [ערנסט] ביי שלש
סעודות ,איז [סיי] דער [קינד וואס איז] 'הגיע לחינוך' ,צי אפילו
דער נידריגער [קינד] – דאס גייט אריין 'בתוונא דליבא'! דאס איז אן
ענין פון 'הכנסת בית המדרש'! מען ברענגט [אים] אריין צו הערן
תורה!
און ממילא פארשטייט זיך ,דאס קינד אז ער זעט דעם טאטן אנפירן
שלש סעודות באימה וביראה ,אז דאס וועט ברענגען אז עס
וועט זיין א דאווענען ,עס וועט זיין א קבלת שבת .דאס איז דער
פשט ,אז מען זאל צו שטעלן דאס וואס מען דארף.
אבער חלילה ,וואס זאל מען זאגן? מען וויל דאך נישט רעדן ,אידישע
קינדער זענען דאך טייער מיט מסירות נפש כסדר .אבער מען
מיינט 'איך האב גארנישט געטון' – מיט דעם רגילות פון 'עבר ושנה
[נעשה לו כהיתר]" :איך בין געווען ביי שלש סעודות ,איך האב
געשמועסט און גערעדט ,וואס האב איך [דען] געטון?" .דו ווייסט
אבער נישט וואס דו האסט פארלוירן ,וואס דו האסט געקענט קויפן.
איז ממילא ,איך מיין ,עס איז דאך יעצט א מקום פון 'קבלת עול
מלכות שמים' ,יעדער איד דארף זיך מקבל זיין ,דאס איז דאך
תשובה ,וואס איז תשובה? 'עזיבת החטא וקבלה על להבא' .מען
ווייסט נישט וואו מען דארף אנהייבן .עס קען זיין ווען מען הייבט ָאן
[מיט עפעס] וואס דוכט זיך ביי איינעם עס איז עפעס א דבר קטן,
אבער פון דעם דבר קטן קען ארויסקומען גדולות ונצורות .אז
אידישע קינדער זאלן וויסן ,שבת קודש בכלל און שלש סעודות
בפרט ,ווי קדוש און קודש דאס איז ,און ווי ווייט א איד קען געהאלפן
ווערן ,ווי ווייט דאס איז א טובה בנפש ברוחניות ובגשמיות.
זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן מען זאל זוכה זיין ,קענען
עפעס אויף זיך מקבל זיין ,עפעס ,עפעס ,עפעס ,אז מען זאל
טי
קענען עפעס צוגיין צו דעם הייליגן טאג ,צוגיין צו דעם הייליגן טאג
מיט עפעס א שטיקל 'עזיבת החטא' ,א שטיקל 'קבלה' אויף 'להבא',
מען זאל מיר קענען רעדן דיבורים ,ווי דער בני יששכר זאגט "קחו
עמכם דברים" ,מען קען נישט צושטעלן [קיין תעניתים] ,אבער די
אמרי מנחם /לשבת שובה
דברים ,ארויסרעדן דיבורים מיט א הארץ ,מען זאל בעטן זיך ביי
הקב"ה.
דער אייבערשטער זאל העלפן טאקע מיט סייעתא דשמיא זאלן מיר
זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה ,מיט א לעכטיג געהאלפן יאר
ברוחניות ובגשמיות .און עס זאל שוין זיין "מי שאמר לעולמו די
יאמר לצרותינו די" ,עס זאל שוין זיין גענוג די גלות פון כלל ישראל,
מען זאל שוין זוכה זיין צו זען לעכטיגע טעג וואו אידן ווערן דערהויבן,
און מען זאל זוכה זיין מקבל צו זיין די שיינע [און] די הייליגע ימים
טובים בלב שמח ובמחשבה טהורה ,בלב טהור ,און דער אייבערשטער
זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אויסצובעטן א גוט געבענטשט יאר ,א
גמר חתימה טובה פאר גאנץ כלל ישראל ,מען זאל זוכה זיין צו די
גאולה שלימה במהרה בימינו ,אמן.
4
כ
ליום הכיפורים
רבי אומר על כל עבירות שבתורה בין עשה תשובה
בין לא עשה תשובה יום הכפורים מכפר (יומא פה.):
א) רבי האלט ,אז יום כיפור איז מכפר אפילו ָאן תשובה .לכאורה,
יעדער מענטש האט דאך די ברירה תשובה צו טון ,נו,
פארוואס טאקע זאל יום כיפור מכפר זיין אפילו פאר אזא איינעם
וועלכער האלט זיך ווייטער אין זיינע חטאים און טוט נישט קיין
תשובה?
ב) די משנה זאגט (שם)" :עבירות שבין אדם למקום יום הכפורים
מכפר ,עבירות שבין אדם לחבירו אין יום הכפורים מכפר עד
שירצה את חבירו" – אויב א מענטש האט געזינדיגט קעגן א חבר ,איז
ט
יום כיפור נישט מכפר ,ביז ער בעט איבער דעם חבר .און די מפרשים
לערנען ,אז דאס גייט אפילו לויט שיטת רבי וואס ער האלט אז יום
כיפור איז מכפר ָאן תשובה ,דאך איז ער מודה ,אז ביי 'עבירות שבין
אדם לחבירו' איז עס נישט מכפר ָאן איבערבעטן יענעם .לכאורה,
איז דאך א גרעסערער פגם ווען מען זינדיגט קעגן דעם 'מלך' – ווי
קעגן א 'הדיוט' ,נו ,פארוואס איז 'בין אדם לחבירו' הארבער ווי 'בין
אדם למקום' ,אז יום כיפור איז נישט מכפר נאר אויב ער בעט איבער
דעם חבר?
"א ְר ּ ָפא
ג) מען האט געזאגט שבת אין די הפטורה (שובה ישראל) ֶ
ׁ ֹ ׁ
ְמש ּו ָב ָתם א ֲה ֵבם נְ ָד ָבה ִּכי ָשב ַא ּ ִפי ִמ ֶּמ ּנ ּו" .רש"י זאגט" :ארפא
משובתם -אמר הנביא כך אמר לי רוח הקודש ,מאחר שיאמרו לפני
כן ,ארפא משובתם ואוהבם בנדבת רוחי אעפ"י שאינן ראויין לאהבה
אתנדב לאהבתם" – ווי נאר אידישע קינדער וועלן זאגן די ווערטער
אכ ׂ ׁ ֹ ֹ ׂ
'כל ּ ִת ּ ָשא ָעון ְו ַקח טוב ּונְ ַש ְּל ָמה ָפ ִרים ְש ָפ ֵתינ ּו' –
וואס שטייט פריערָּ ,
וועל איך זיי ליב האבן בתורת נדבה ,כאטש זיי זענען נישט ראוי אז
איך זאל זיי ליב האבן .לכאורה ,אויב אידן זאגן 'כל תשא עון' ,מיינט
ט כ"כ המנחת חינוך מצוה שס"ד אות ב ,מהר"י ענגיל בגליוני הש"ס יומא פה ע"ב,
שמות בארץ יומא שם ,תוספת יום הכיפורים יומא שם ,באר שבע כריתות ז ע"א.
אמרי מנחם /ליוה"כ
דאך דאס אז זיי טוען תשובה ,נו ,פארוואס זענען זיי נישט ראוי אז
דער אייבערשטער זאל זיי ליב האבן?
ׁ ׁ ׁ ֹׁ ׂ
"א ְהיֶ ה ַכ ַּטל ְליִ ְש ָר ֵאל יִ ְפ ַרח ַּכ ּשו ַש ָ ּנה וְ יַ ְך ָש ָר ָשיו
ד) ווייטער שטייטֶ :
ֹ
ַּכ ְ ּל ָבנון" – דער אייבערשטער זאגט ,אז ער וועט זיין צו
אידן ווי 'טל' ,און זיי וועלן בליען און וואקסן .לכאורה ,אויב רעדט
מען דא פונעם תועלת וואס דער 'טל' ברענגט אז עס וואקסט גוט,
איז דאך רעגן חשוב'ער ,ווייל דער רעגן איז דאך דער עיקר וואס
מאכט וואקסן ,נו ,פארוואס זאגט ער 'אהיה כטל' ,ער וואלט געדארפט
זאגן 'אהיה כמטר'?
ה) אויך דארף מען פארשטיין דעם 'שינוי לשון' ,אז אינעם ערשטן
פסוק רופט ער זיי נישט ביים נאמען 'ישראל' ,נאר ער רעדט
'בלשון נסתר'' :משובתם'' ,ממנו' ,און דא ביים צווייטן פסוק זאגט ער
יא ארויס 'אהיה כטל לישראל'?
רבי איז א גרויסער מחמיר אין תשובה – דערפאר איז ער מקיל אין כפרת יו"כ
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .בפשטות לערנט מען אז רבי איז מער
מקיל ווי די רבנן ,אז ער האלט אז יום כיפור העלפט אפילו ָאן
תשובה .אבער עס קען אפשר זיין פארקערט ,אז בעצם איז רבי א
גרעסערער מחמיר אינעם ענין פון תשובה ,ווייל רבי האלט ,אז ווי
קען מען זיך אוועקשטעלן פארן 'בוחן לבות וכליות' און אים זאגן
'איך האב חרטה' – טאמער אין הארץ טוט עס אים נישט אמת'דיג
וויי? דערפאר האלט רבי ,אז ווען א איד טוט תשובה מוז ער האבן
אזא מין מרירות און חרטה מעומקא דלבא ממש ווי די דרגות פון
צדיקים ,און אנדערש הייסט עס נישט קיין תשובה .און וויבאלד
נישט יעדער קען דאס צושטעלן ,ווייל רוב מענטשן זענען דאך נישט
ֹ
"כי ַב ּיום
אין אזא מדרגה ,ממילא מוז דאך זיין ,אז ווען די תורה זאגט ִּ
ֹ ֹ
יכם" – יום כיפור איז דער יכם ְל ַט ֵהר ֶא ְת ֶכם ִמ ּכל ַח ּט ֵ
את ֶ ַה ֶ ּזה יְ ַכ ּ ֵפר ֲע ֵל ֶ
אייבערשטער מכפר אויף אלע חטאים – מוז זיך עס רעדן אפילו ָאן בכ
קיין תשובה ,ווייל די תורה רעדט דאך פונעם רוב ,און רוב אידן
קענען נישט צושטעלן די ריכטיגע תשובה ,מוז בעל כרחך זיין אז
דער 'עצם היום' איז מכפר אפילו ָאן קיין תשובה.
אמרי מנחם /ליוה"כ
די רבנן זענען מקיל אין תשובה – דערפאר זענען זיי מחמיר אין כפרת יו"כ
אבער די רבנן זענען מער מקיל אינעם ענין פון תשובה ,אז צו טון
תשובה פאדערט זיך נישט קיין הויכע מדרגות ,ווייל כאטש
דער אייבערשטער איז טאקע דער 'בוחן לבות וכליות' ,דאך פאדערט
ער נישט עפעס וואס דער פשוט'ער מענטש קען נישט צושטעלן ,נאר
ער פאדערט אז דער מענטש זאל האבן עפעס א שטיקעלע 'הרהור
תשובה' ,עס זאל אים אביסעלע באנג טון אז ער האט מצער געווען
דעם כביכול ,און ער זאל ארויסזאגן 'איך האב חרטה'' ,איך טוה
תשובה'' ,איך בין מקבל אויף להבא' ,און מיט דעם וועט ער שוין
יוצא זיין מצות תשובה .און דערפאר האלטן די רבנן אז יום כיפור איז
נאר מכפר צוזאמען מיט תשובה ,ווייל עס איז נישטא קיין הכרח צו
זאגן אז דער פסוק 'כי ביום הזה יכפר' רעדט זיך ָאן תשובה ,ווייל
יעדער מענטש האט די ברירה תשובה צו טון און דעמאלט וועט ער
נתכפר ווערן אין יום כיפור.
ביידע זענען מודה אז מען דארף תשובה טון – זיי קריגן זיך נאר צי דאס הייסט בכלל 'תשובה'
לויט דעם קען מען אפשר זאגן ,אז 'מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא
פליגי' ,אז רבי רעדט אויך נישט פון אזא איינעם וועלכער איז
'עומד במרדו' און וויל בכלל נישט זיך פארבעסערן ,נאר רבי רעדט
בלויז פון אזא איינעם וואס זאגט וידוי און איז זיך מקבל אויף להבא,
און נאר דעמאלט איז יום כיפור מכפר ,נאר וויבאלד רבי האלט אז
דאס הייסט נאכנישט ריכטיג תשובה געטון ,וויבאלד די חרטה איז
נישט מעומק הלב ,דערפאר רופט דאס רבי ָאן 'לא עשה תשובה'.
ווידער ,די רבנן רופן דאס ָאן 'עשה תשובה' ,ווייל לויט זיי איז דאס
גענוג אויף צו תשובה טון .קומט אויס אז זייער מחלוקת איז נישט
אין הלכות יום כיפור ,נאר אין הלכות תשובה ,צי אזא סארט תשובה
וואס די חרטה איז נישט מעומקא דלבא ,צי דאס הייסט 'עשה תשובה'
גכ צי 'לא עשה תשובה' .און מען פסק'נט טאקע להלכה ווי די רבנן ,אז
יום כיפור איז מכפר נאר אויב 'עשה תשובה' ,ווייל מיר נעמען ָאן
לקולא ,אז די פשוט'ע תשובה הייסט אויך 'עשה תשובה'.
אמרי מנחם /ליוה"כ
וויבאלד עס איז נישט שווער מפייס צו זיין דעם חבר – איז רבי מודה אז דאס איז מעכב די כפרה
פון יו"כ
מיט דעם פארשטייט מען ,פארוואס רבי איז מודה אז ביי 'עבירות
שבין אדם לחבירו' איז יום כיפור נישט מכפר נאר אויב ער בעט
איבער דעם חבר .ווייל בלויז ביים אייבערשטן וואס ער איז א 'בוחן
לבבות'; ווי עס שטייט (שמואל א טז ,ז)" :וַ ה' יִ ְר ֶאה ַל ֵ ּל ָבב" – האלט רבי אז
כדי תשובה צו טון מוז עס זיין מיטן גאנצן הארץ און מיט א
געוואלדיגע חרטה מעומקא דלבא ,און וויבאלד רוב מענטשן קענען
דאס נישט צושטעלן – איז מוכרח אז דאס איז נישט מעכב די כפרה
פון יום כיפור ,אבער ביים חבר ,איז דאך נישט אזוי שווער צו צוגיין
צו יענעם און אים זאגן 'זיי מיר מוחל' ,און דא מוז עס נישט זיין מיט
דעם זעלבן חרטה מעומק הלב ווי ביים אייבערשטן ,ווייל ָ
'ה ָא ָדם
יִ ְר ֶאה ַל ֵעינַ יִ ם' ,יענער ווייסט דאך נישט וואס דו טראכסט ,צי דו
האסט טאקע חרטה מעומק הלב אדער נישט – איז גענוג אז מען
בעט יענעם איבער מיט דברי פיוס' ,ווייל דער עיקר איז דאך אז
יענער זאל נתרצה ווערן און מוחל זיין .און דערפאר ,ביי 'בין אדם
לחבירו' האלט רבי אויך ,אז עס איז נישטא קיין הכרח צו זאגן אזא
גרויסן חידוש אז דער 'כי ביום הזה יכפר' רעדט זיך אפילו ָאן
איבערבעטן דעם חבר ,נאר עס גייט בלויז צוזאמען מיטן 'מפייס את
חבירו' ,וואס נאר דעמאלט איז יום כיפור מכפר.
אוהבם נדבה – די כפרה פונעם אייבערשטן איז 'בתורת נדבה'
ֹ ׁ
"א ְר ּ ָפא ְמש ּו ָב ָתם א ֲה ֵבם
מיט דעם קען מען פארשטיין די פסוקיםֶ :
ׁ
נְ ָד ָבה ִּכי ָשב ַא ּ ִפי ִמ ֶּמ ּנ ּו" – דא רעדט ער פון 'עבירות שבין אדם
למקום' ,און אויף דעם זאגט ער ,אז ווען עס וועט קומען יום כיפור,
און אידן וועלן זאגן 'כל תשא עון וקח טוב' ,וועל איך מוחל זיין פאר
אידן בתורת נדבה – אפילו אויב זיי זענען נישט ראוי דערצו .ווייל
לויט רבי איז דאך יום כיפור מכפר אפילו 'לא עשה תשובה' ,וואס
דכ
דער מענטש איז נישט ראוי אז דער אייבערשטער זאל אים מוחל
זיין ,און דאך איז ער אים מוחל און ער האט אים ליב בנדבה .און
אפילו לויט די רבנן אז עס איז מכפר בלויז 'לשבים' – זענען זיי דאך
מודה אז בעצם איז די תשובה א שוואכע זאך ,ווייל דער מענטש
האט נישט קיין מרירות און חרטה מעומק הלב ,נאר דאך איז דער
אייבערשטער ברחמיו מקבל אזא סארט תשובה און ער איז מכפר
אמרי מנחם /ליוה"כ
אין יום כיפור ,קומט אויס ,אז לויט ביידע איז דאס א ריכטיגע 'אוהבם
נדבה' וואס דער אייבערשטער נעמט ָאן אידישע קינדער באהבה –
אפילו אויב זיי זענען נישט ראוי דערצו.
אהיה כטל לישראל – ביי א איד מוז זיין 'הכל שמחים' יענער זאל מוחל זיין בלב שמח
רש"י זאגט אין פרשת האזינו (דברים לב ,ב)" :תזל כטל -שהכל שמחים
בו ,לפי שהמטר יש בו עצבים לבריות ,כגון הולכי דרכים ומי
שהיה בורו מלא יין" – דער חילוק צווישן 'טל' און 'מטר' איז ,אז 'מטר'
מאכט אמאל טרויעריג געוויסע מענטשן ,אבער 'טל' מאכט יעדן
איינעם פרייליך .מיט דעם קען פארשטיין דעם פסוק ווייטערֶ :
"א ְהיֶ ה
ׂ
ַכ ַּטל ְליִ ְש ָר ֵאל" – דא שטייט שוין 'ישראל' ,ווייל דא רעדט מען שוין פון
'עבירות שבין אדם לחבירו' וואס איין איד האט מצער געווען דעם
אנדערן איד ,און אויף דעם זאגט דער פסוק :כאטש איך האב דיר
געזאגט פריער ,אז 'אוהבם נדבה' ,אז אפילו אויב דו טוסט נישט
געהעריג תשובה וועל איך דיר מוחל זיין אום יום כיפור ,אבער
'לישראל' – ווען עס האנדלט זיך פון אזעלכע עבירות וואס דו האסט
געטון קעגן א צווייטן איד ,דארט 'אהיה כטל' – וועל איך מוחל זיין
נאר אויב עס וועט זיין 'הכל שמחים בו' ,נאר אויב דו וועסט מפייס
זיין דיין חבר ביז ער וועט ווערן 'שמח' און ער וועט דיר מוחל זיין
דערויף.
ווען אידן בעטן זיך איבער ווערט אויך ביי כביכול א שמחה שלימה
עס קען אפשר אויך זיין ,אז 'אהיה כטל' גייט ארויף אויף כביכול,
ווייל ווילאנג אידן טוען נישט קיין תשובה שלימה מעומקא
דלבא – כאטש דער אייבערשטער איז זיי טאקע מוחל און מכפר ,און
אידן ווערן בשמחה מיט דער כפרה ,איז דאס אבער א בחינה פון
'מטר' ,ווייל כביכול ביים אייבערשטן איז די שמחה נישט אינגאנצן
בשלימות ,עס איז נאך פארהאן עפעס א בחינה פון 'עצבים בו' ,ווייל
הכ סוף כל סוף האבן אידישע קינדער נאכנישט אינגאנצן תשובה געטון
מיטן גאנצן הארץ .אבער ווען א איד בעט איבער דעם חבר און
יענער איז אים מוחל ,דעמאלט ווערט ביים אייבערשטן א בחינה פון
'טל שהכל שמחים בו' ,וואס דער אייבערשטער האט דעמאלט א
שמחה שלימה אז אידישע קינדער האבן זיך ליב און האלטן זיך
בידידות און באחדות.
אמרי מנחם /ליוה"כ
דער אייבערשטער זאל העלפן ,מען זאל זוכה זיין צו טון תשובה
שלימה מעומקא דלבא ,און טאקע זיך מחזק זיין איבערצובעטן
דעם חבר וועמען מען האט מצער געווען ,און עס זאל ווערן א שמחה
שלימה אויבן און אונטן ,און מען זאל מקבל זיין אונזערע תפלות און
תשובה ,און מיר זאלן זוכה זיין צו א גמר חתימה טובה ושנת גאולה
וישועה במהרה בימינו ,אמן.
4
וכ
אמרי מנחם /ליוה"כ
Ƿ תשוקתו לקדושת החג בזכרון עבודת הצדיקים מדי דברי המו מעי -
יום כיפור
אויפגעטון מיט איין פייף – מער ווי אלע זייערע תפלות
דער רבי ר' זושא מיט זיינע הייליגע תלמידים זענען אמאל געשטאנען
יום הקדוש ביים דאווענען ,און זיי האבן געזען אז אין הימל איז
נעבעך פארהאן א גרויסער קטרוג אויפן כלל ישראל ,און זיי האבן
געארבעט און געהארעוועט מיט זייערע הייליגע כוונות און תפלות
ממתיק צו זיין און פועל'ן א ישועה פאר אידן.
אינמיטן איז אריינגעקומען דארט אין בית המדרש א דארפישער
יונגל ,ער איז געווען זייער פארגרעבט און גארנישט
געקענט קיין עברי און קיין סידור ,ווי די פארצייטישע פויערן .אבער
ווי דאס יונגל האט געזען די מורא'דיגע מראה ווי דער רבי ר' זושא
מיט די תלמידים הקדושים שטייען אנגעטון מיט די בגדי לבנים אין
אזא הייליגן טאג ,יום הקדוש ,און זיי דאווענען מיט אזא דביקות –
איז ער זייער נתעורר געווארן פון דער מראה ,און ער האט אויך
געוואלט דאווענען ,אבער ער האט דאך נישט געקענט קיין אלף-
בית ,איז ער געווארן ביי זיך זייער צובראכן ,אז ער וויל כאטש עפעס
טון פארן אייבערשטן .נו ,איין זאך האט ער געקענט טון ,ער פלעגט
דאך פאשען די שעפעלעך ,ממילא ,האט ער געקענט פייפן מיטן
מויל .האט ער גענומען דעם פינגער אין מויל אריין ,און ער האט
געגעבן א פייף צום אייבערשטן!
שפעטער האט דער רבי ר' זושא געזאגט" :דער פייף וואס דער
דארפיש יונגל האט געפיפן מיט זיין צובראכנקייט און
תמימות – איז ארויפגעגאנען אין הימל און מבטל געווען אלע גזירות
און קטרוגים ,און ממתיק געווען אלעס וואס האט נישט געטויגט!".
זכ
זעט מען וואספארא כח יעדער פשוט'ער איד פארמאגט ,אז אויב
מיינט מען עס ערנסט מיט א תמימות – האט נישט קיין שיעור
וויפיל מען קען אויפטון און מאכן א רעש אין הימל מיט איין פעולה
טובה.
אמרי מנחם /ליוה"כ
אויסגעפאסט אויף א גמרא...
דער קדושת לוי איז אמאל געקומען קיין יעריסלוב אויף יום כיפור,
האט ער זיך געגעבן א שטעל אוועק ביים עמוד און ער האט
אנגעהויבן פארזאגן 'כל נדרי' .דארט אין יעריסלוב איז געווען א
גרויסע קהלה מיט קביעות'דיגע בעלי תפלה ,אבער מען האט געזען
ווי ער דאווענט מיט אזא נעימות און דביקות ,אז עס איז באפאלן
דעם עולם א פחד ,האט מען אים געלאזט שטיין ביים עמוד .אזוי
האט ער אויך געדאווענט 'מערבית' .דער קדושת לוי איז אזוי
געשטאנען ביים עמוד א גאנצע נאכט ,און אינדערפרי האט ער
ווייטער ממשיך געווען דאס גאנצע דאווענען' :פסוקי דזמרה',
'שחרית'' ,מוסף' און 'נעילה' .נו ,פארשטייט זיך אז דער עולם האט
מיטגעלעבט א יום כיפור לעילא ולעילא.
מוצאי יום כיפור איז געווארן א גאנצער 'משא ומתן' צווישן דעם
עולם ,ווער עס זאל האבן די זכיה אהיימצונעמען דעם
קדושת לוי אויף אויסצופאסטן ,יעדער האט זיך געריסן דערצו .דער
עולם האט פארשטאנען אז דער קדושת לוי איז געקומען צו שאפן
געלט ,האט זיך דער גבאי אנגערופן" :מען וועט מאכן א ליצוטאציע,
ווער עס וועט צאלן דעם גרעסטן סכום – וועט האבן די זכיה אים
אריינצונעמען אין שטוב!" .נו ,די עשירים האבן געהויבן די פרייזן
נאך און נאך ,און עס איז אנגעקומען צו גאר גרויסע סכומים .אין
ווייבער שול איז דארט געווען דעם ישועות יעקב'ס שוויגער ,זי איז
געווען א גרויסע נגיד'סטע ,האט זי גענומען איר שטערן טיכל –
וועלכע האט געהאט איינגעזעצט אסאך דיאמאנטן און טייערע
שטיינער – וואס איז געווען ווערד אסאך געלט ,און זי האט דאס
געגעבן א ווארף אראפ פון ווייבער שול ,און דאס איז געווען ווערד
מער פון אלע זייערע סכומים ,ממילא האט זי זוכה געווען אז דער
קדושת לוי זאל גיין אויספאסטן צו איר אינדערהיים.
חכ
ווי דער קדושת לוי איז אריינגעקומען צו איר אינדערהיים ,איז אודאי
געווען דארט אנגעגרייט פון שענסטן און בעסטן ,אבער דער
קדושת לוי האט געגעבן א זאג" :א הארץ דערקוויקעניש? א הארץ
דערקוויקעניש?" .דאס הייסט ,וואו נעמט מען עפעס – צו דערקוויקן
דאס הארץ? קיינער האט נישט פארשטאנען וואס דער קדושת לוי
אמרי מנחם /ליוה"כ
מיינט דא ,עס איז דאך געווען אזא טיש אנגעגרייט מיט כל טוב .נאר
דער ישועות יעקב האט פארשטאנען די כונה פונעם קדושת לוי ,איז
ער געלאפן און אים געברענגט א גמרא – עס איז אן אריכות הדברים
צי עס איז געווען א מסכת סוכה אדער א מסכת יומא – און ער האט
זיך געזעצט לערנען א גאנצע נאכט ביז ער האט מסיים געווען די
גאנצע מסכת ,און ערשט צופרי האט ער אויסגעפאסט.
*
הרה"ק רבי משה יצחק (איציקל) בהרה"ק ר' נפתלי אלימלך מפשעווארסק זי"ע
יום כיפור תשל"ז לפ"ק
גברא רבה קמסהיד עליה
דער רבי איציקל האט זיך אמאל נישט געפיהלט אזוי גוט ,האט ער
מיך געבעטן אז איך זאל אים מזכיר זיין ביים רבי'ן .בין איך
אריינגעגאנגען צום רבי'ן זכרונו לברכה און אים געזאגט" :רבי
איציקל האט מיך געבעטן איך זאל אים מזכיר זיין ,ער פיהלט זיך
"אה ,רבי איציקל ,ער איז אן אדם
נישט אזוי גוט!" .זאגט דער רביָ :
חשוב!".
ביים רבי'ן האט מען דאס כמעט קיינמאל נישט געהערט ,אז ער זאל
סתם אזוי זאגן שבחים אויף איינעם – ָאן דעם וואס מען זאל
אים פרעגן זיין מיינונג אויף יענעם.
מיכלא דאסוותא
עס איז געווען א אינגערמאן (איך ווייס ווער דאס איז) וועלכער האט
געהאט א קרענק אויפן מאגן וועלכער רופט זיך ָאלסער ל"ע ,ער
טכ
איז געלאפן צו דאקטוירים און ער האט זיך זייער געמוטשעט
דערמיט .אמאל איז דער אינגערמאן געווען ביי ר' איציקל'ס מלוה
מלכה ,און אין פשעווארסק פלעגט מען דאך אויפגעבן א טשאלנט
ביי מלוה מלכה ,און טשאלנט איז דאך א שווערער מאכל פארן מאגן.
האט רבי איציקל גענומען א טעלער טשאלנט און געגעבן דעם
אמרי מנחם /ליוה"כ
"נא דיר ,עס דאס אויף!" .דער אינגערמאן האט געהאט
אינגערמאןַ :
שכל און האט עס אויפגעגעסן .און לפלא ,ער איז געווארן אינגאנצן
אויסגעהיילט אויפן מאגן.
מצוה לקיים דברי חכמים
דער ציעשנובער רב האט געהייסן רבי איציקל'ן ,אז צוליב זיין חולשה
זאל ער טועם זיין פארן דאווענען .געדענק איך ,ווי אויף דער
עלטער ,עס איז אים שוין געווען שווער צו עסן ,אבער דאך האט ער
זיך אנגעשטרענגט און געגעסן עפעס א קלייניגקייט ,א קרישקעלע,
פארן דאווענען ,כדי צו פאלגן דעם ציווי פון זיין רבי'ן דער ציעשנובער
רב זצ"ל.
דער ציעשנובער רב האט אים אנגעוויזן א רבי'ן אויף אחר הסתלקותו
ווען דער ציעשנובער רב זצ"ל האט חתונה געמאכט זיין זון רבי
לייבוש טאמאשובער – איז זיך צוזאמגעקומען גאנץ בית צאנז
אויף דער חתונה און אויף שבת שבע ברכות .דער רבי משה'לע
שינאווער זצ"ל האט געליינט ,און ווען דער קאלאשיצער רב האט
עולה געווען – האט רבי משה'לע אויסגעלאזט" :ואם באחת יתקעו
ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי ישראל" ,דאס איז געווען א 'סמיכה'
פארן קאלאשיצער רב צו זיין א רבי ,און דער עולם האט זיך אנגערופן
'מזל טוב'...
שפעטער נאכן דאווענען האט זיך דער ציעשנובער רב אנגעלענט
אין זיין צימער אויף א קאנאפע ,און דער רבי איציקל איז
געשטאנען נעבן אים .אינמיטן איז דער קאלאשיצער רב
אריינגעקומען אינעם צימער – האט זיך דער ציעשנובער רב
אנגערופן" :ואם באחת יתקעו ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי
ישראל" .האט רבי איציקל פארשטאנען אז דער רב זאגט עס אים
בכונה ,האט ער זיך אינזין געהאט ,אז לאחר מאה ועשרים שנה
פונעם ציעשנובער רב – וועט ער פארן צום קאלאשיצער רב! ל
'התפשטות הגשמיות' אין ציעשנוב
רבי איציקל איז אמאל געשטאנען נעבן דעם ציעשנובער רב זצ"ל
בשעת מען האט געבענטשט ראש חודש אלול – דוכט זיך מיר
פארגעבענטשט .ווי דער ציעשנובער
אז רבי משה'לע שינאווער האט ָ
אמרי מנחם /ליוה"כ
רב האט געגעבן א זאג" :חודש אלול יהיה ביום" – איז ער געווארן
אזוי דערציטערט ,אז עטליכע וואכן האט ער זיך ארומגעדרייט
אינגאנצן איבערגענומען ,ער איז געווען פארקאכט ,ער האט נישט
געקענט קומען צו זיך .שפעטער האט דער קאלאשיצער רב געזאגט
אויף דעם" :רבי איציקל האט געהאט 'התפשטות הגשמיות' אין
ציעשנוב".
דאס קומענדיגע יאר ,ווען עס איז געקומען שבת מברכים אלול ,איז
רבי איציקל – פארשטייט זיך – נאכאמאל געפארן צום
ציעשנובער רב .נאכן דאווענען האט דער ציעשנובער געפרעגט:
"איציקל ,דו האסט געשפירט?" ,האט ער געזאגט" :ניין!" .האט דער
ציעשנובער רב געזאגט" :ווער זאגט אז מען דארף שפירן?".
והוי דן את כל האדם לכף זכות
מען זאגט נאך פון שינאווער רב זצ"ל ,אז ביים ארויפדרייען די שבע
כריכות פון תפילין של יד ,זאל מען נישט סתם ציילן במחשבה
מיט 'איינס צוויי דריי' ,נאר מען זאל ציילן במחשבה מיטן פסוק
"ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום" – וואס דער פסוק
האט זיבן ווערטער.
אבער רבי איציקל אליינס האט געזאגט ,אז מען זאל אינזין האבן די
משנה" :והוי דן את כל האדם לכף זכות".
זעט אויס ,אז יעדער צדיק האט זיך אינזין זיין פסוק לפי שורש
נשמתו.
נישט געליטן אויף נייגעריגקייט
רבי איציקל פלעגט כסדר זאגן און מורמלען א גאנצן צייט ,און מען
האט נישט געהערט וואס ער זאגט .האט דער קאלאשיצער רב
אים אמאל געפרעגט" :איציקל ,זאג מיר וואס דו זאגסט ,וועל איך
אל דיר אויך עפעס זאגן!" .אבער רבי איציקל האט נישט געוואלט זאגן.
מען זעט דא ארויס א מורא'דיגע מדה פון רבי איציקל ,אז ער איז
נישט געווען קיין נייגעריגער ...עס זענען פארהאן מענטשן
וועלכע מוזן אלעמאל וויסן וואס טוט זיך ביי דעם און ביי יענעם .און
טאמער וואלט זיי דער קאלאשיצער רב געזאגט ,אז ער האט זיי
אמרי מנחם /ליוה"כ
עפעס צו פארציילן – וואלטן זיי זיך נישט געקענט איינהאלטן פון
גרויס נייגער .אבער דא זעט מען ,אז רבי איציקל האט געוואוסט אז
ער האט זיך זיין עבודה פון מורמלען ,און ער דארף נישט פארציילן
פאר קיינעם ,און ער איז נישט געווען נייגעריג צו הערן וואספארא
סוד דער קאלאשיצער רב האט אים אויסצוזאגן.
רבי יאנקעלע האט אמאל געזאגט אויף זיך" :יעך בין נישט קיין
נייגעריגער!".
געגאנגען נאך געלט פאר זיך...
רבי איציקל איז אמאל אריינגעקומען צו א איד נאך געלט ,פרעגט
אים יענער" :פאר וועמען גייט איר?" .זאגט ער" :איך גיי פאר
מיר ,פאר דיר ,און פאר א איד וואס דארף חתונה מאכן."...
דאס איז בעצם א בפירוש'ע משנה" :יותר ממה שהבעל הבית עושה
עם העני ,העני עושה עם הבעל הבית" .נאר דא האט ער עס
אזוי שטארק ארויס געזאגט ,אז מען דערהערט עס אסאך מער.
עסן לכבוד שבת קודש
איינער האט אים אמאל געפרעגט" :וואס מיינט אז מען עסט לכבוד
שבת?" .האט ער געענטפערט" :א מאכל וואס מען עסט
נישט א גאנצע וואך און נאר שבת עסט מען דאס – דאס הייסט א
מאכל לכבוד שבת".
לא תעשה לך פסל וכל תמונה
אינדערהיים איז געווען זייער א גרויסער קפידא ביי צדיקים נישט
צו נעמען קיין בילדער .איז געווען אמאל א אינגל
וועלכער האט זיך ערלויבט צו כאפן א בילד פון רבי איציקל .איז ר'
איציקל אים נאכגעלאפן און צוריסן דעם פלאסטיק פונעם בילד
(פילם).
בל
ביי ר' איציקל איז געווען דער מנהג ,אז שבת צופריה פלעגן זיך
קודם אלע אינגלעך אויסשטעלן אין די רייע ,און רבי איציקל
האט געטיילט קוגל פאר זיי ,און שפעטער האט ער געטיילט פאר די
ערוואקסענע .ווען עס איז אנגעקומען די רייע פון דעם אינגל איז ער
צוגעגאנגען מיט א סערוועטל אין דער האנט און אויסגעשטרעקט צו
אמרי מנחם /ליוה"כ
נעמען קוגל .האט רבי איציקל אוועקגענומען דעם סערוועטל און
אריינגעלייגט אין זיין האנט די בריעדיגע קוגל און עס אנגעהאלטן
לאנג ,און דער אינגל האט געשריגן 'עס בריהט' ...האט אים רבי
איציקל געזאגט" :דו זאלסט געדענקן מער נישט נעמען קיין
בילדער."...
דריי דורות צדיקים
דער לעצטער בעלזער רב זכרונו לברכה האט געזאגט" :רבי איציקל
איז אן ערליכער איד ,ער איז געווען אין שינאווא ,אין ציעשנוב
און אין קאלאשיץ".
עייל בלא בר
דער שינאווער רב זצ"ל האט געהאט א ספעציעלע חביבות צו רבי
איציקל'ן ,אז ער האט געקענט אריינקומען צום רב אין שטוב
פיר און צוואנציג שעה אין טאג! און דאס האט קיין שום אייניקל
נישט געהאט ,ווייל דער שינאווער רב האט זיך געהאט זיינע זמנים,
ווען קיינער האט נישט געקענט אריינגיין אין צימער .אבער ר'
איציקל האט אלעמאל געקענט אריינגיין אין צימער.
איך קלער צו זאגן ,אז דאס האט אפשר א שייכות מיט אן ענין וואס
מען האט ספעציעל געזען ביי רבי איציקל – וואס מען האט דאס
נישט געזען ביי קיין שום רבי :ער האט געקענט זיין מיט מענטשן פיר
און צוואנציג שעה א טאג! דאס איז א מורא'דיגער חידוש פון א מדת
הסבלנות .ממילא ,קען אפשר זיין אז צוליב דעם האט ער אויך זוכה
געווען צו קענען אלעמאל אריינגיין צום שינאווער רב.
ופקדת נוך ולא תחטא
רבי איציקל פלעגט זאגן" :א אינגערמאן א ירא שמים העלפט צו דאס
ווייב אין שטוב".
גל
***
אמרי מנחם /ליוה"כ
שיחה נעימה בעת ה'אויספאסטן מוצאי יום כיפור
די צורה הקדושה האט געשריגן 'שבת'
איך האב געטראכט צו מיר :איך געדענק דאך צורות פון צדיקים ,א
קאלאשיצער רב ,א בעלזער רב ,א סאטמאר רב ,רבי יאנקעלע
זכרונו לברכה ,א סטראפקובער רב ,דער סקווירא רבי ,און נאך
צדיקים ,און אויך האב איך געקענט רבי איציק'לען זכרונו לברכה.
נו ,דער סאטמאר רב דארף מען דאך נישט זאגן ,זיינע תפלות וואס
ער האט אפגעראכטן ,איז דאך געווען א שטיק פייער .און אזוי
יעדער צדיק האט זיך געהאט זיין נוסח.
דער רבי איציקל ,זיין גאנצער נוסח איז געווען אזוי פשוט און אזוי
באהאלטן ,אז עס האט נישט קיין שיעור .דאס איז געווען זיין
דרך .אבער דער חידוש פלא איז :ווי עס איז געקומען שבת – איז ער
געווארן רויט ווי א בוריקע! ער איז געזעסן ביים טיש און אזוי
געזינגען די זמירות ,ער איז נישט געווען קיין 'בעל מנגן' ,נאר ער
האט אזוי שטיל געזינגען פאר זיך ,וואס זאל איך אייך זאגן? עס האט
געהאט אלע טעמים פון דער וועלט! אזא מין מתיקות! אזא מין
פנימיות! אזא מין שלוה! עס האט פון אים ארויסגעשריגן דער שבת!
דא איז ער שוין גארנישט געווען אזוי באהאלטן.
זיך געפריידט אז עס רעגנט אים אריין
די מדה פון זיין אויסגעטון פון גשמיות – וואס מען האט ביי אים
געזען ,איז אין לשער .ער האט זיך געהאט זיין שלאף צימער מיט
א בעטל דארט .האב איך געזען ,ווי ער איז געזעסן אין שטוב ,און עס
האט אריינגערעגנט נעבן זיין בעט ,און ער איז זיך געזעסן און
געקוקט אויף די טראפנס און זיך אזוי געפריידט ...ער האט געלאכט...
איך ווייס נישט צי איינער פריידט זיך מיט א מיליאן דאלער – ווי ער
האט זיך געפריידט מיט די לעכער אין דאך...
דל
איי ,וועסטו מיינען ,אז אפשר האט ער נישט געהאט קיין געלט עס
צו פאררעכטן? ניין ,ער האט געהאט פולע טאשן מיט געלט! די
צדקות וואס איז ארויסגעגאנגען פון אים – איז 'אין לשער'! אה ,וואס
דער מענטש האט פארטיילט צדקה! און אז עס איז אריינגעקומען די
טאכטער – רבי יאנקעלע'ס רביצין ע"ה ,אז זי דארף געלט פאר די
אמרי מנחם /ליוה"כ
"הא? וואס?".
ַ שטוב זאכן דארט – האט ער אנגעהויבן צו קרעכצן:
האט זי געענטפערט מיט חכמה" :דאס געלט דארף איך פאר די מילך
וואס מען גיבט פארן עולם פאר די קאווע ,דער גאנצער עולם טרינקט
"אה ,עס איז פארן עולם? נו,
דאך פון די מילך ."...האט ער געזאגטַ :
נא דיר דאס געלט!".
ַ
מוציא געווען מיטן 'תיקון ליל שבועות'
ער פלעגט נישט אויסרעדן שבועות ביז נאך מוסף .ער האט געזאגט
דעם תקון ליל שבועות פונעם 'עמדין סידור' ,און געזאגט,
געקנייטשט ,און געזאגט ,און נישט פארטיג געווארן ...דער
קאלאשיצער רב האט אמאל געזאגט צו רבי משה גאלדקלאנג ע"ה:
"אונז זענען זיך מוציא פון רבי איציקל מיט 'תיקון ליל שבועות'!".
האט רבי משה געפרעגט" :אונז זאגן דאך אויך?" .זאגט ער" :יא,
אבער ער רעדט דאך נישט אויס!" .און דער קאלאשיצער רב האט
אויסגעפירט" :וואס זאל איך טון ,דער אייבערשטער האט מיך נישט
באשאפן קיין שטומער!".
והוי מקבל את האדם בסבר פנים יפות
ער איז געווען אן אלמן ל"ע פופציג יאר .און געווענליך ,אזא מענטש
איז צוקלאפט און צובראכן .אבער דא ביי אים איז ממש געווען
פארקערט ,ער האט ממש געלאכטן! מען איז אריינגעקומען צו אים,
האט ער געגעבן אזא מין 'סבר פנים יפות' ,מיט די אויגן ,מיט א
ווערטל ,מיט א גוט ווארט ,עס איז געווען א זיסקייט צו זיין ביי אים
אין שטוב! דאס איז נישט קיין געווענליכע זאך ,דאס איז אן עבודה
וואס האט נישט קיין שיעור ,דער מענטש האט זיך אויפגעהויבן פון
אלע מצבים ,ער איז געווען לוסטיג און לעבעדיג ,ער האט מקיים
געווען דעם 'עבדו את ה' בשמחה' .און דאס אלעס איז געקומען פון
דעם וואס ער האט נישט אינזין געהאט 'זיך' גארנישט ,נאר 'יענעם'.
הל קיינמאל נישט געהאט זיינע פריוואטע ד' אמות
ער האט געהאט א מין אייגנשאפט – וואס איך ווייס נישט ביי וועלכן
צדיק מען האט דאס געזען .איך האב געקענט נאך צדיקים,
יעדער האט זיך געהאט א שטיבל פאר זיך ,וואו זיי האבן זיך
פארשלאסן ,און עוסק געווען אין זייערע הויכע עבודות ,דער צדיק
האט נישט געהאט קיין שום פריוואטקייט! ער האט געגעסן,
אמרי מנחם /ליוה"כ
געטרינקען און געשלאפן צוזאמען מיט מענטשן ,און עס האט אים
גארנישט געשטערט .מען דארף אריינקלערן וואס דאס הייסט ,צו
זיין פיר און צוואנציג שעה צוזאמען מיט מענטשן ,עס איז געווען אן
אפענער טיר א גאנצע נאכט ,און יעדער האט געקענט אריינקומען
דארט שלאפן.
מען האט זיך געשפירט היימיש ביי אים אינדערהיים
בכלל ,ביי אים אין שטוב האט זיך נישט געשפירט קיין 'יראת הכבוד'
– ווי געווענליך ביי א רבי'ן אין שטוב ,עס זענען דארט געווען
אלערליי סארט מענטשן ,און אביסל מאדנע מענטשן אויך ,און
יעדער האט זיך געקענט נאריש מאכן מיט אלערליי תנועות און
מילתא דשטותא ,מען האט געקענט מאכן א טענצל אין זיינע ד'
אמות ...אבער עס האט אים גארנישט געארט .איך האב אליינס
געזען ווי ער איז געשלאפן ,און אין דער זייט זענען געשטאנען
אינגעלייט און זיך געשפילט מיט א בעזים ...ביי אנדערע רבי'ס ,אז
דער רבי שלאפט – זאלן מען זיך דערוואגן אריינצוגיין? און דא האט
זיך יעדער געשפירט היימיש אויפן גרעסטן אופן.
איך האב צוגעשטעלט דערצו א ווארט וואס דער רבי משה'לע
"ר ִ ּבים
שינאווער האט געטייטשט ,דעם פסוק (תהלים לב ,י)ַ :
ׁ ֹ
ַמ ְכאו ִבים ָל ָר ָשע" – ביי דעם רשע ,אז עס דרייען זיך ארום א 'רבים'
ארום און ארום ,איז עס א 'מכאוב' ,עס ַארט אים אז ער קען נישט זיין
ֹ ֹ
אליין פאר זיך .אבער "וְ ַה ּבו ֵט ַח ַ ּבה' ֶח ֶסד יְ סו ְב ֶב ּנ ּו" -ביי דעם צדיק
וואס ער איז בוטח בה' איז דאס א 'חסד' ,ער האט הנאה אז עס דרייען
זיך מענטשן ארום .דאס איז א מורא'דיג ווארט ,א הייליג ווארט.
אויב האט מען ליב א איד – וויל מען ווי מער זיין מיט אידן
דאס קען מען זען בחוש ,ווייל די טבע פון א מענטש איז ,אז ער האט
נישט ליב צו האבן אן עול פון יענעם .אבער אויב איינער האט
אהבת ישראל ,האט ער אזוי ליב דעם איד ,ממילא וויל ער ,אז אלץ ול
וואס ער טוט – זאל א איד עס טון צוזאמען מיט אים! ער וויל האבן
צוטון מיט א איד! נו ,דעם רבי איציקל'ס אהבת ישראל איז דאך
געווען עפעס מורא'דיג ,ממילא ,האט ער ליב געהאט צו האבן אידן
אלעמאל ארום .אה ,דער רבי איציקל!
אמרי מנחם /ליוה"כ
וויפיל אהבת ישראל איז געליגן אין די קנאבל
דער ברודער רבי יחזקאל (זצ"ל) האט מיר דערציילט – וואס ער איז
געווען דערביי .רבי איציקל איז געזעסן און געפראוועט מלוה
מלכה מיטן קנאבל טיילן ,און עס איז געווען דארט אן עולם און מען
האט זיך שטארק געשטופט .איז געווען דארט א פארצייטישער איד
ר' נחמיה בראדט ע"ה ,ער איז געווען א ווארימער חסיד'ישער איד
און איז אויך געווען א שטארקער חסיד פון רבי איציקל .האט דער ר'
נחמיה זיך געגעבן א רוף ָאן צו רבי איציקל מיט אזא ווערטל" :דער...
רב זאגט :איך פארשטיי נישט ,איך האב אזעלכע סקארבאווע ניגונים
פון ...און איך זאג דברי תורה פון די כתבי ידות ,און מען שטופט זיך
גארנישט ביי מיינע טישן ,און רבי איציקל זינגט נישט און זאגט נישט,
ער קומט צו גיין מיט א שיסל קנאבל און מען שטופט זיך אזוי."...
אויפן פלאץ האט רבי איציקל גארנישט געענטפערט פאר ר' נחמיה'ן,
אבער עס גייט דורך א ּפ ָאר מינוט ,רופט זיך ָאן רבי איציקל" :ווען ער
זאל אריינלייגן אהבת ישראל – וויפיל איך לייג אריין אין קנאבל –
וואלט מען זיך ביי אים אויך געשטופט."...
א 'רבי' ווערט מען דורך 'אהבת ישראל'
איך האב דאס אסאך מאל געזאגט :מען קען זיין א תלמיד חכם ,א
ירא שמים ,א פוסק ,אבער צו זיין א 'רבי' – דאס ווענדט זיך נאר
אינעם מאס אהבת ישראל וואס דו האסט! מען זעט דאך דאס דא,
דער רבי איציקל'ס פאטער דער רבי נפתלי אלימלך זצ"ל איז געווען
א גרויסער ירא שמים און א חסיד'ישער איד ,אבער ער האט נישט
געהאט קיין עולם .איך האב אליינס געהערט אמאל פון רבי איציקל
ביים טיש – עס זענען דעמאלט געווען מן הסתם צוואנציג אידן ביים
טיש – גיבט ער מיר א זאג" :מיין טאטע האט נישט געהאט אזא עולם
ווי איך ."...זיין פאטער איז בכלל נישט געווען קיין רבי ,נו ,וויאזוי איז
ער געווארן א רבי? וויאזוי ווערט מען אליינס א רבי? מען שטעלט
זל אריין א מודעה אין צייטונג ,אז איך בין גרייט צו זיין א רבי? ...נאר
דאס אהבת ישראל האט געצויגן! ווייל אהבת ישראל האט א
מורא'דיגן כח וואס יעדער איד פיהלט דאס ,דאס איז געווען זיין כח!
אמרי מנחם /ליוה"כ
אהבת ישראל ציהט צו מענטשן צום צדיק
איך זאג אלעמאל נאך דאס ווארט פון ייטב לב (פר' צו ד"ה ואת כל העדהי),
עס איז א מורא'דיג ווארט .עס שטייט (ויקרא ח ,ג)" :וְ ֵאת ָּכל ָה ֵע ָדה
ֹ ֹ
ַה ְק ֵהל ֶאל ּ ֶפ ַתח א ֶהל מו ֵעד" – דער אייבערשטער האט געהייסן פאר
ׂ
משה רבינו ער זאל צוזאמרופן די גאנצע עדה .שטייט ווייטער" :וַ ַ ּי ַעש
ֹ ֹ ֹ ֹ ׁ ׁ
משה ַּכ ֲא ֶשר ִצ ָ ּוה ה' אתו וַ ּ ִת ָ ּק ֵהל ָה ֵע ָדה ֶאל ּ ֶפ ַתח א ֶהל מו ֵעד" – ער
ֶ
האט געטון וואס דער אייבערשטער האט אים געהייסן ,און די עדה
איז געווארן איינגעזאמלט .פרעגט ער א שטארקן דיוק ,עס וואלט
געדארפט שטיין 'ויקהל העדה' ,נישט 'ותקהל' ,כאילו זיי זענען זיך
אליינס צוזאמגעקומען? משה רבינו האט דאך דאס געטון!
זאגט דער ייטב לב" :הצדיק הוא כמו מתכות הנקרא מאגנעט" – אז
ער טוט דעם רצון הבורא ציען זיך אידן צו אים .ממילא ,דער
אייבערשטער האט אים געזאגט 'רוף צוזאם דאס כלל ישראל' ,איז
'ויעש משה כאשר צוה השם' ,ער האט געטון דעם רצון הבורא,
געדינט דעם אייבערשטן מיט אהבת ישראל און מיט אלעם' ,ותקהל
העדה' – מען איז געקומען צו לויפן! מען דארף נישט קיין צייטונג און
מודעות...
נישט ביי יעדן זעט מען אזוי שטארק דעם אהבת ישראל
וואס מיין איך צו זאגן? דער כח פון אהבת ישראל ,דאס האט מען
געזען ביי רבי איציקל ,דאס האט מען געזען ביים קאלאשיצער
רב ,און דאס איז געווען ביי אלע צדיקים .נאר ביי געוויסע צדיקים
האט מען דאס נישט געזען אזוי בולט ,און ביי געוויסע צדיקים האט
י וזל"ק" :ואת כל העדה הקהל וגו' ויעש משה כאשר צוה ה' אותו ותקהל העדה וגו'
[ח ,ג-ה] .והוה ליה למימר ויקהל העדה ,ומה זה ותקהל ,דמשמע מאליה .על כן
נראה כי משה היה לו כח המושך אליו ,כמו אבן מאגנעט המושך אליו הברזל,
לפי שהיה שורש כללות ישראל ,ונקרא בזוהר (תשא קצא ע"ב) כללא דיהודאי,
והוא היה המלמד תורת ה' לעמו ישראל ,על כן כל חלק מישראל שהיה משתוקק חל
לדבק בעיקרא ושרשא דכל עלמין הוא הבורא ב"ה ,היה מתאסף מאליו אל
משה ,כי היה רעב וצמא לשמוע ממנו דבר ה' ורצונו יתברך .וזהו שנאמר ויעש
משה כאשר צוה ה' אותו ,ר"ל שהיה משה מקיים ועושה מצות ה' כראוי ,על כן
ותקהל העדה (מאליה) אל פתח אהל מועד .והטעם על זה אמר ויאמר משה
אל העדה זה הדבר אשר צוה ה' לעשות ,כלומר לפי שהיה משה אומר תמיד אל
העדה זה אשר צוה ה' לעשות ,על כן נכספו וכלתה נפשם לשמוע ,לכן נקהלו
מאליהם אליו אל פתח אהל מועד ,והבן".
אמרי מנחם /ליוה"כ
מען דאס געזען מער בולט .דער קאלאשיצער רב האט אמאל פאר
תקיעת שופר געגעבן א געשריי" :מיט אהבת ישראל קען מען גיין
הויך ,הויך ,הויך ,עד אין סוף ברוך הוא!".
עס איז נישט קיין לייכטע זאך אנצוקומען
אהבת ישראל איז א מורא'דיגע מדריגה ,דאס איז נישט אזא פשוט'ע
זאך ,מען דארף אסאך הארעווען אויף דעם .ווי מען זעט אז
דער רבי פנחס קאריצער זצ"ל האט געזאגט" :איך האב געארבעט
זיבן יאר – אנדערע זאגן פערצן יאר – צו פארגינען א איד" .און דאס
איז נאכנישט אז ער האט ליב דעם איד ,נאר פשוט אים צו פארגינען
אז ער האט עפעס א גוטע זאך ,נו ,קען מען זיך שוין פארשטעלן וואס
הייסט אהבת ישראל! אז מען איז זוכה צו אהבת ישראל איז מורא'דיג!
און דער רבי איציקל איז געווען אין דעם א 'מופלג'!
ארומגעפארן נאך געלט פאר אידן
דער ציעשנובער רב פון דאהי ,האט געקענט רבי איציקל נאך
פונדערהיים – ווען ער איז געפארן קיין ציעשנוב .האט ער
געזאגט" :דער רבי איציקל ,מילא זיינע מדרגות – דאס ווייס איך דאך
נישט ,אבער צו קענען ארומפארן נאך געלט אויף אזויפיל שטעט און
דערפער צו שאפן געלט ,און חתונה מאכן אזויפיל יתומים און שטיצן
אזויפיל אלמנות – אין דער צייט וואס ביי אים אין שטוב איז געווען
אזא דחקות 'עד ככר לחם' – דאס פארשטיי איך נישט!".
אזא רבי איציקל וואקסט ארויס פון גרויס האראוואניע וואס ער
האט געארבעט אויף זיך! און אודאי דעם כח פון די צדיקי אמת
וואס ער איז געווען דבוק אין זיי.
ער איז געווען 'עמוק עמוק מי ימצאנו' ,זכותו יגן עלינו.
טל
4
yz
ברכת מזל טוב חמה ולבבית אל מעלת כבוד ידיד נפשנו ,היקר והחשוב,
הנגיד הנכבד ,הנדיב המרומם ,לבו חם לכל דבר שבקדושה,
טוב ומטיב לזולתו בספ"י ,משכיל אל דל,
ה"ה מוה"ר ר' שמואל הלוי גרובער שליט"א
זכה להתגדל מנעוריו בבית מדרשו של רבינו זי"ע ומגדולי התומכים של המכון
לרגל הכנסת בנו הבה"ח מרדכי דוב ני"ו לעול התורה והמצוות
והברכה אחת הוא לכבוד אביו הדומ"ץ הגאון הגדול נודע בשערים
הרב הצדיק רבי בנימין שליט"א
יעזור השי"ת שזכותו הגדול של רבינו וזכות הפצת דברי תורתו יעמוד לך ולזרעך אחריך ע"ע להתברך
בכל הברכות האמורות בתורה ,ותרווה רב תענוג ונחת אצל כל יו"ח היקרים שיחי' ובכל אשר תפנה
תשכיל ותצליח ,ולהכתב בספרן של צדיקים לגמר חתימה טובה ושנה מבורכת בכל הענינים.
כברכת ידידך מוקירך
חיים מאיר וואגשאהל
בשם המכון
zy
צו הערן די
דברי כיבושין והתחזקות
רופט 718-400-7790
להערות והארות:
845.459.5954
zy
לקבלת הקונטרס מדי שבוע:
mechonshinova@gmail.com
