gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — האזינו - שבת תשובה (2026-09-14)

מוציא לאור: דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish

שבוע: האזינו - שבת תשובה (2026-09-14)

דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — האזינו - שבת תשובה (2026-09-14)

פתח את ה-PDF הורדה

‫בעזהשי"ת‬ ‫דברי חיזוק‬ ‫פרשת האזינו ויום הכיפורים‬ ‫תורת אמת ‪ -‬גלייבן אז דער טאג איז מכפר [עמוד כד]‬ ‫מי השלוח ‪ -‬די גאנצע בריאה זאל זיך אפשטעלן‬ ‫תורת אמת ‪ -‬יום כיפור ווערן אלע שלעכטס‬ ‫כדי אידן זאלן קענען ארייננעמען דברי תורה‬ ‫איבערגעדרייט צו גוטס! [עמוד כה]‬ ‫[עמוד ג]‬ ‫תורת אמת ‪ -‬יום כיפור באקומט יעדער איד כח‬ ‫הרבי מלובלין ‪ -‬א סגולה אז דיין תפילה זאל ווערן‬ ‫תשובה צו טון! [עמוד כו]‬ ‫אנגענומען ‪ -‬א בלאט גמרא פארן דאווענען‬ ‫[עמוד ד]‬ ‫ייטב פנים ‪ -‬געדענק! ביז א יאר ארום וועט נישט זיין‬ ‫נאך א יום כיפור! [עמוד כז]‬ ‫בן איש חי ‪ -‬אפילו אויב דו האסט געזינדיגט א גאנץ‬ ‫יאר קענסטו יעצט אלעס פאררעכטן! [עמוד ה]‬ ‫ייטב פנים ‪ -‬אנהויב יום כיפור דארף מען שטיין מיט‬ ‫תפארת שלמה ‪ -‬היטן די אויגן! [עמוד ז]‬ ‫א צעבראכנקייט‪ ,‬און במשך גאנץ יום כיפור דארף‬ ‫מען זיין פרייליך [עמוד כח]‬ ‫דגל מחנה אפרים ‪ -‬דער וועג צו עבודת ה' – זיך‬ ‫אפזונדערן פון מענטשן [עמוד ט]‬ ‫זכרון זאת ‪ -‬תשובה ברענגט צו אהבה און שמחה‬ ‫[עמוד ל]‬ ‫מי השלוח ‪ -‬צוליב דיינע שווערע מלחמות מיטן יצר‬ ‫הרע וועסטו זוכה זיין צו זיין העכער פון די‬ ‫פרי צדיק ‪ -‬דער וואס לערנט תורה איז פונקט ווי‬ ‫מלאכים!! [עמוד י]‬ ‫דער כהן גדול בשעת די עבודה! [עמוד ל]‬ ‫מאור ושמש ‪ -‬דורך תפילה איז מען זוכה זיין‬ ‫שם משמואל ‪ -‬דער ריכטיגער בליק אויף אידן בעלי‬ ‫ממשיך צו זיין די גרעסטע רחמנות פונעם‬ ‫עבירה [עמוד לא]‬ ‫אויבערשטן! [עמוד יא]‬ ‫שם משמואל ‪ -‬די געוואלדיגע שמחה וואס יעדער‬ ‫ערוגת הבושם ‪ -‬יעדעס מאל וואס דו באקומסט‬ ‫איד שפירט נאך יום כיפור [עמוד לד]‬ ‫גוטס פונעם אויבערשטן ‪ -‬דארף דיר דאס ברענגען‬ ‫תנא דבי אליהו ‪ -‬יום כיפור – א טאג פון שמחה‬ ‫צו מער ענוה [עמוד יב]‬ ‫פארן אויבערשטן! [עמוד לו]‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬דער וועג וויאזוי זיך צו‬ ‫אור יחזקאל ‪ -‬אז דו וועסט זיך אנשטרעגען א‬ ‫דערהאלטן ביי אידישקייט אין דעם דור [עמוד יג]‬ ‫קלייניקייט‪ ,‬וועסטו זוכה זיין צו אסאך סייעתא‬ ‫חת"ם סופר ‪ -‬לערנען פרשת האזינו איז ממשיך אלע‬ ‫דשמיא! [עמוד לז]‬ ‫ברכות [עמוד יז]‬ ‫אור יחזקאל ‪ -‬תפילה סימבאליזירט אמונה!‬ ‫*****‬ ‫[עמוד לח]‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬אלע עבירות ווערן אפגעווישט‬ ‫חידושי הרי"ם ‪ -‬טראכט מער פונעם עתיד ווי פונעם‬ ‫יום כיפור‪ ,‬און מען דארף נישט ליידן קיין שום‬ ‫עבר! [עמוד לח]‬ ‫יסורים [עמוד יט]‬ ‫אמרות משה ‪ -‬דער אויבערשטער האט שוין פריי‬ ‫זרע קודש ‪ -‬יום כיפור איז דער אויבערשטער מוחל‬ ‫געמאכט דער וועג‪ ,‬אז דו זאלסט קענען תשובה טון‬ ‫אפילו אויף די עבירות וואס דו ווייסט נישט פון זיי!‬ ‫[עמוד מ]‬ ‫[עמוד כג]‬ ‫ליקוטי תורה ‪ -‬די מחילת עוונות ווענדט זיך לויט‬ ‫זרע קודש ‪ -‬דער אויבערשטער אליין וועט זיך‬ ‫דיין 'רצון'! [עמוד מא]‬ ‫אננעמען פאר דיר! [עמוד כד]‬ ‫צו זיך איינשרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון‬ ‫רופט ‪ /‬טעקסט ‪ /‬אימייל צו מכון דברי חיזוק אויף ‪845-886-0123‬‬ ‫ווי אויך פאר סיי ווספארא באמעקונגען קענט איר לאזן א מעסידזש אויפן‬ ‫סיסטעם אדער שיקן א אימייל צו‬ ‫‪dc8458860123@gmail.com‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫לזכר ולעילוי נשמת נפש נקי וצדיק ספרא רבא מעתיק ומלבן הקונטרסים‬ ‫הרב ר' יוסף זצ"ל ב"ר אברהם שמואל יהודא שליט"א‬ ‫ת‪.‬נ‪.‬צ‪.‬ב‪.‬ה‪.‬‬ ‫פרשת האזינו‬ ‫‪-‬א‪-‬‬ ‫די גאנצע בריאה זאל זיך אפשטעלן כדי אידן זאלן קענען ארייננעמען דברי תורה‬ ‫ַה ֲאזִ ינ ּו ַה ּ ָּׁש ַמיִ ם ַו ֲא ַד ֵּּב ָּׁרה ְו ִת ְש ַמע ָּׁה ָּׁא ֶרץ ִא ְמ ֵּרי ִפי‪:‬‬ ‫ִּכי ֵּשם ה' ֶא ְק ָּׁרא ָּׁהב ּו ג ֶֹדל לֵּ אל ֹ ֵּהינ ּו (לב‪ ,‬א‪-‬ג)‬ ‫[משה רבינו זאגט‪ ]:‬הימל‪ ,‬הער זיך צו און איך וועל רעדן‪ ,‬און די ערד‬ ‫זאל זיך איינהערן צו די ווערטער פון מיין מויל‪ ...‬ווען איך וועלן רופן דעם‬ ‫נאמען פונעם באשעפער‪ ,‬זאלן אלע געבן גרויסקייט פארן אויבערשטן‬ ‫דער הייליגער איזשביצער זי"ע טייטשט‪ ,‬משה רבינו האט געזאגט‪ :‬איך מאך שטיל‬ ‫אלע כוחות וואס געפינען זיך אין די עולמות עליונים [וואס זיי זענען אלע‬ ‫אריינגערעכנט אין דעם ווארט 'שמים']‪ ,‬און אויך אלע כוחות וואס זענען דא אויף די‬ ‫ערד [וואס זיי זענען אריינגערעכנט אין דעם ווארט 'ארץ']‪ ,‬דער טעם פארוואס איך‬ ‫מאך זיי אלע שטיל איז‪ ,‬ווייל איך וויל רוף און איך שריי אריינצוברענגען ווערטער פון‬ ‫תורה אין די הערצער פון יעדן איד ("כי שם ה' אקרא")‪ ,‬דעריבער זאג איך פאר אלע‬ ‫כוחות פון די בריאה‪ ,‬אז זיי זאלן געבן כבוד פארן אויבערשטן ("הבו גודל לאלקינו")‪ ,‬און‬ ‫זיי זאלן צוהעלפן דערצו און דאס נישט שטערן‪ ,‬און אפילו אלע כוחות פון די חיצונים‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫וואס געפינען זיך אויף דער וועלט‪ ,‬זאלן אלע בטל ווערן‪ ,‬כדי די דברי תורה זאלן‬ ‫קענען אריינגיין אין די הערצער פון כלל ישראל‪ .‬נאר נאך וואס אלע זענען שטיל‬ ‫געווארן האט ער אנגעהויבן צו רעדן די דברי תורה צו די אידןא‪.‬‬ ‫‪-‬ב‪-‬‬ ‫א סגולה אז דיין תפילה זאל ווערן אנגענומען ‪ -‬א בלאט גמרא פארן דאווענען‬ ‫יַ ֲער ֹף ַּכ ָּּׁמ ָּׁטר ִל ְק ִחי ִּת ַ ּזל ַּכ ּ ַטל ִא ְמ ָּׁר ִתי (לב‪ ,‬ב)‬ ‫[משה רבינו זאגט‪ ]:‬מיין תורה וועט טראפן אזויווי‬ ‫רעגן‪ ,‬מיינע ווערטער וועלן רינען אזויווי טוי‬ ‫דער הייליגער שר שלום פון בעלז זי"ע האט נאכגעזאגט וואס ער האט געהערט פון‬ ‫דעם הייליגן רבי'ן פון לובלין זי"ע‪ ,‬אז אויב א מענטש לערנט א בלאט גמרא פארן‬ ‫דאווענען‪ ,‬פארשניידט ער אלע קליפות‪ ,‬און ער מאכט א וועג‪ ,‬אז זיינע תפילות זאלן‬ ‫קענען ארויפגיין אויבן און ווערן אנגענומען‪ ,‬ווייל די ליכטיגקייט פון תורה שבעל‪-‬פה‬ ‫איז מעורר זיין הארץ צו תשובה‪.‬‬ ‫א וזל"ק (מי השלוח‪ ,‬חלק א)‪ :‬כי שם ה' אקרא‪ .‬אמר מרע"ה מפני מה אני משתיק כל הכחות‬ ‫בעולמות העליונים הנקראים שמים וכל הכוחות שנמצאו בארץ‪ ,‬היינו מפני שאני קורא וצועק‬ ‫שיכנסו ד"ת בלב כל איש ישראל הנקראים שם ה'‪ ,‬הבו גודל לאלקינו‪ ,‬היינו מקום ריוח‬ ‫והתפשטות ותהיו כלם מסייעים לזאת ולא תהיו מונעים‪ ,‬ואפילו כל החיצונים כגון נבוכדנצר‬ ‫וחביריו וכל כחות הארץ הנמצאים בעוה"ז הנקראים חורגי דיומא מפני שהומים מאד בלב‬ ‫האדם‪ ,‬כולם יתבטלו כדי שיוכל לכנוס ד"ת בלב ישראל‪ ,‬ועכשיו התחיל דבר הד"ת לישראל‬ ‫מכיון שהשתיק כולם‪.‬‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪" :‬יערוף כמטר לקחי" – די תורה (וואס ווערט אנגערופן‬ ‫(משלי ד‪ ,‬ב)‪" :‬לקח טוב") וועט פארשניידן די קליפות ("יערוף" איז א לשון פון פארשניידן‪ ,‬אזויווי‬ ‫(דברים כא‪ ,‬ד) "וערפו את העגלה")‪ ,‬און דורכדעם‪" :‬תזל כטל אמרתי" – וועט מיין תפילה‬ ‫ווערן אנגענומען ביים אויבערשטןב‪.‬‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫אפילו אויב דו האסט געזינדיגט א גאנץ יאר קענסטו יעצט אלעס פאררעכטן!‬ ‫ִש ֵּחת לוֹ לֹא ָּּׁבנָּׁ יו מ ּו ָּׁמם דּ וֹ ר ִע ֵּּקש ּו ְפ ַת ְל ּתֹל (לב‪ ,‬ה)‬ ‫אז א מענטש פארדארבט זיינע מעשים‪ ,‬האט ער פארדארבן פאר זיך אליין‪ ,‬און נישט פארן‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬זיי זענען געווען די קינדער פונעם באשעפער‪ ,‬און יעצט האבן זיי זיך געמאכט‬ ‫א פעלער [מיט זייערע שלעכטע מעשים]‪ ,‬זיי זענען א דור וואס איז פארדרייט און פארקרומט‬ ‫דער הייליגער בן איש חי זי"ע ערקלערט‪ :‬אפילו א מענטש האט געזינדיגט א גאנץ‬ ‫יאר‪ ,‬ער האט זיך ליידער אינגאנצן מטמא געווען מיט עבירות‪ ,‬מיט דעם אלעם‪ ,‬ווען‬ ‫ס'קומט סוף יאר געבט אים דער אויבערשטער ‪ -‬די לעכטיגע טעג פון חודש אלול‪,‬‬ ‫כדי ער זאל דאן קענען תשובה טון‪ ,‬און דער אויבערשטער האט צוגעלייגט נאך צען‬ ‫ב ספר אוהל הרבי‪ ,‬פר' האזינו‪ :‬יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי‪ .‬שמעתי מהרה"ק רבי‬ ‫איציקל מלובלין נ"ע שאמר שאם אדם לומד דף גמרא לשם שמים קודם התפילה מזמר את‬ ‫הקליפות ועושה לו דרך לעליית התפילה והוא כי המאור שבתורה שבע"פ מעורר לבו‬ ‫לתשובה וז"ש יערוף מלשון וערפו את העגלה כמטר לקחי שהיא התורה שנקראת לקח טוב‬ ‫ואז תזל כטל אמרתי שתתקבל תפלתו לרצון עכדה"ק (בספר אהבת שלום תנינא מהרה"ג מהר"מ בערגיר‬ ‫נ"י מסטאניסלאוו בשם הגאון מבערזאן זצ"ל מה ששמע מפיו הקדוש של מוהר"ש מבעלזא זצ"ל בשם אדמו"ר זצלה"ה מלובלין)‪.‬‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫טעג פון דעם קומענדיגן יאר‪ ,‬כדי עס זאל זיין צוזאמען פערציג טעג און פערציג נעכט‪,‬‬ ‫קעגן די פערציג טעג וואס משה רבינו איז ארויף אין הימל צו ברענגען די צווייטע‬ ‫לוחות‪ ,‬וואס דאן האט דער אויבערשטער מוחל געווען פאר די אידן אויף דעם חטא‬ ‫העגל‪.‬‬ ‫"ש ֵּחת" – אפילו א מענטש וואס האט פארדארבן‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪ִ :‬‬ ‫זיין גוף און זיין נשמה מיט זיינע עבירות‪ ,‬במשך דעם גאנצן יאר‪ ,‬מיט דעם אלעם‪" :‬לוֹ‬ ‫לֹא ָּּׁבנָּׁ יו" – די ווערטער "לו לא" זענען די זעלבע אותיות פון 'אלול'‪ ,‬און 'בניו' איז א‬ ‫לשון פון ִּ'בנְ יָ ן'‪ ,‬און דער פסוק איז מרמז‪ ,‬אז אין חודש אלול וועט ער ווערן צוריק‬ ‫אויפגעבויעט‪ ,‬ער וועט צוריק ווערן הייליג‪" ,‬מ ּו ָּׁמם" – דאס ווארט 'מומם' איז‬ ‫צוזאמגעשטעלט פון מ' ומ"ם‪ ,‬דאס מיינט‪ ,‬פערציג און פערציג‪ ,‬די כוונה איז‪ ,‬אז דער‬ ‫אויבערשטער האט צוגעלייגט נאך צען טעג‪ ,‬כדי אינאיינעם זאל דאס זיין פערציג‬ ‫טעג און פערציג נעכט‪ .‬און דער פסוק פירט אויס‪" :‬דּ וֹ ר ִע ֵּּקש ּו ְפ ַתלְ ּתֹל" – טראץ די‬ ‫אלע חסדים וואס דער אויבערשטער טוט מיטן מענטש‪ ,‬מיט דעם אלעם זענען‬ ‫מענטשן אזוי פארדרייט און פארקרומט‪ ,‬אז זיי נוצן נישט אויס די הייליגע טעגג‬ ‫תשובה צו טוןג‪.‬‬ ‫ג וזל"ק (בן איש חי‪ ,‬דרשות‪ ,‬האזינו)‪ :‬שחת לו לא בניו מומם דור עקש ופתלתל נ"ל בס"ד הכונה‬ ‫אע"פ שהאדם קלקל והשחית כל השנה בעונות עכ"ז ניתן לו בסוף השנה ימי רצון הם ימי‬ ‫חודש אלול לשוב בהם ולא עוד אלא חיבר עמהם עשרה ימים מראשית שנה החדשה הבאים‬ ‫אחריהם כדי שיצטרפו לארבעים יום וארבעים לילה כנגד מ' יום ומ' לילה שעלה מרע"ה‬ ‫למרום והביא לוחות שניות ונסלח לישראל וז"ש שחת אע"פ שהאדם שחת גופו ונפשו‬ ‫בעונותיו כל השנה כולה עכ"ז ל"ו ל"א למפרע אלול בניו בו יהיה בנין שלו שיבנה מה שקלקל‬ ‫והשחית ע"ד מ"ש רז"ל אל תקרי בניך אלא בוניך וזהו ל"ו ל"א אותיות אלול יהיו בניו בנין‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫היטן די אויגן!‬ ‫צ ֶרנְ ה ּו ְּכ ִאישוֹ ן ֵּעינוֹ (לב‪ ,‬י)‬ ‫יִ ְ ּ‬ ‫ער וועט אים אפהיטן ווי די שווארץ‪-‬אפל פון זיין אויג‬ ‫דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע זאגט‪ :‬ס'איז באקאנט‪ ,‬אז דער עיקר פון אלע‬ ‫עניינים איז דער ענין פון שמירת עינים‪ ,‬זיך צו היטן די אויגן‪ ,‬ווייל דער חוש פון 'זען'‬ ‫איז פונקט ווי די שווארץ‪-‬אפל פונעם אויג‪ ,‬וואס דאס איז דער אינעווייניגסטער פינטל‬ ‫פונעם אויב‪ ,‬וואס איז פונקט ווי א שפיגל‪ ,‬אויב א מענטש קוקט אריין דארט‪ ,‬זעט ער‬ ‫זיין גאנצע צורה דארט‪ ,‬קומט אויס‪ ,‬אז אויב א מענטש קוקט חלילה א ראיה אסורה‪,‬‬ ‫גייט דאס אינגאנצן אריין אין זיינע אויגן רחמנא ליצלן!‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪" :‬יצרנהו" – מען דארף אפהיטן די אויגן‪" ,‬כאישון‬ ‫עינו" – פונקט ווי א מענטש היט אפ דעם שווארצ‪-‬אפל פון זיין אויג‪.‬‬ ‫אבער דאס איז גאר א שווערע עבודה‪ ,‬זיך צו קענען אפהיטן נישט נכשל צו ווערן אין‬ ‫קיין שום ראיה אסורה‪ ,‬ווייל עס קענען אונטערקומען אומגעוואונטשענע ראיות‬ ‫בטעות אן זיין וויסן‪ ,‬אבער מיט דעם אלעם דארף דער מענטש טון וואס ער קען‪ ,‬און‬ ‫די איבריגע וועט מען אים היטן פון הימל‪.‬‬ ‫שלו ולא עוד אלא צירף עם שלושים יום אלו של אלול עוד עשרה ימים של ראשית השנה‬ ‫החדשה כדי להשלים אותם לארבעים לילה וארבעים יום וזה נרמז בתיבת מומם שהוא מ'‬ ‫ומ"ם וכנגד מ' של לילה דיש בה שינה עכ"פ נקיט מ' בלא מלוי וכנגד מ' של יום שהם שלמים‬ ‫נקיט מ"ם מלאה וכל זה החסד עשה השי"ת לאדם עכ"ז תראה שיש דור עקש ופתלתול גם‬ ‫בימים אלו שאין חוזרים בתשובה כראוי‪.‬‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫אויך ווען א מענטש איז אין די ארבעט‪ ,‬דארף ער זיך אכט געבן נישט צו קוקן קיין‬ ‫שלעכטע בליק‪.‬‬ ‫דאס ווארט ְ'ר ִּאיָ ה' [זען] איז די זעלבע אותיות ווי דאס ווארט 'יראה'‪ ,‬ווייל די עצה‬ ‫זיך צו היטן די אויגן‪ ,‬איז דורך 'יראת שמים'‪ ,‬צו מורא האבן פונעם באשעפער‪.‬‬ ‫חז"ל זאגן (בבא מציעא פ‪' :):‬שמור לי ואשמור לך שומר שכר' [ווען איינער זאגט פאר‬ ‫זיין חבר‪" :‬היט מיר אפ דעם חפץ‪ ,‬און אנשטאט דעם וועל איך אפהיטן פאר דיר אן‬ ‫אנדערן טאג"‪ ,‬האט ער א דין ווי א 'שומר שכר']‪ .‬דאס איז מרמז‪ ,‬אז דער אויבערשטער‬ ‫זאגט פארן מענטש‪" :‬שמור לי" – דו פרוביר אפצוהיטן די אויגן‪ ,‬און דאן וועט זיין‪:‬‬ ‫"ואשמור לך" – איך וועל דיר העלפן‪ ,‬אז דו זאלסט קענען אפהיטן בשלימות‪ ,‬און‬ ‫דער אויבערשטער ווערט אנגערופן אויף דעם ענין א 'שומר שכר'‪ ,‬ווייל ער וועט נאך‬ ‫באצאלן שכר פארן מענטש דערויף‪ ,‬כאטש וואס דער אויבערשטער האט אים‬ ‫געהאלפן זיך אפהיטןד‪.‬‬ ‫ד וזל"ק (תפארת שלמה)‪ :‬יצרנהו כאישון עינו כו'‪ .‬ידוע כי עיקר מכל העניני' הוא שמירת העינים‬ ‫חוש הראות כאישון בת עין הנקודה הפנימית אשר הוא כמו מראה הלטושה שקורין [שפיגל]‬ ‫אם האדם מביט בו הוא נראה צורתו בו כולו בתוכו‪ .‬וזה הרמז בכתוב גודל השמירה שצריך‬ ‫האדם לשמור חוש הראות כמו ששומר אישון בת עינו‪ .‬האמנם כי הדבר קשה מאד בכח‬ ‫ובפועל כי הוא לא אפשר ולא קמכוון עכ"ז האדם צריך לעשו' מה שביכולתו ואז מסייעין‬ ‫אותו מן השמים כמ"ש ורגלי חסידיו ישמור גם כשאדם עוסק במו"מ צריך שמירה מעולה‪.‬‬ ‫וזה בא מחמת יראת שמים‪ .‬כי אותיות ראי' עולה יראה כמ"ש כדרך שבא לראות כך בא‬ ‫ליראות‪ .‬וזה הרמז בדברי רז"ל שמור לי ואני אשמור לך שומר שכר‪ .‬אם אתה שומר מה שנוגע‬ ‫לי כידוע לי"ח כי עיקר תיקון אחר שבירת הכלים הוא מבחי' העינים‪ .‬ואני אשמור לך כמ"ש‬ ‫יצרנהו כאישון עינו‪ .‬ר"ל שהקב"ה שומר את האדם השומר אישון עינו כנ"ל כמ"ש ה' שומרך‬ ‫וגו'‪ ,‬ועל דבר זה עודנו נקרא שומר שכר כי עתיד עוד לקבל שכרו משלם‪.‬‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫דער וועג צו עבודת ה' – זיך אפזונדערן פון מענטשן‬ ‫ה' ָּּׁב ָּׁדד יַ נְ ֶחנּ ּו ְו ֵּאין ִע ּמוֹ ֵּאל נֵּ ָּׁכר (לב‪ ,‬יב)‬ ‫דער אויבערשטער וועט פירן די אידן אליין‪ ,‬און‬ ‫עס וועט נישט זיין מיט אים קיין פרעמדע אפגאט‬ ‫דער הייליגער דגל מחנה אפרים זי"ע שרייבט‪ :‬מ'קען ערקלערן דעם פסוק‪ ,‬לויט ווי‬ ‫איך האב געהערט פון הרה"ק רבי נחמן הארידענקער זי"ע‪ ,‬אז ווען א מענטש וויל‬ ‫דינען דעם אויבערשטן‪ ,‬דארף ער זיך אפזונדערן פון מענטשן‪ ,‬ווייל נאר אזוי קען מען‬ ‫ריכטיג מצליח זיין אין עבודת ה'‪ ,‬ווען מען מאכט זיך נישט וויסנדיג וואס אנדערע‬ ‫וועלן זאגן און טראכטן‪ ,‬נאר מען האט אינזין דעם אויבערשטן אליין‪.‬‬ ‫דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע זאגט (זע דגל מחנה אפרים‪ ,‬תרומה; ועוד)‪ ,‬אויפן פסוק‬ ‫"וסרתם ועבדתם אלהים אחרים"‪ ,‬אז תיכף ווען א מענטש קערט זיך אפ פון זיין‬ ‫דביקות אינעם אויבערשטן‪ ,‬ווערט דאס פאררעכנט ווי ער וואלט חלילה געדינט‬ ‫עבודה זרה‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪" :‬ה' בדד ינחנו" – אויב מיר וועלן דינען דעם‬ ‫אויבערשטן אליינס‪ ,‬אפגעזונדערט פון מענטשן‪" ,‬ואין עמו אל נכר" – וועלן מיר זיך‬ ‫קענען מתדבק זיין ריכטיג אין אויבערשטן‪ ,‬און נישט אפלאזן די דביקות אינעם‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬וואס דאס ווערט פאררעכנט ווי מען וואלט געדינט עבודה זרהה‪.‬‬ ‫ה וזל"ק (דגל מחנה אפרים‪ ,‬האזינו)‪ :‬ה' בדד ינחנו ואין עמו אל נכר ע"ד שאמר מחו' המפורסם מה'‬ ‫נחמן הארידענקר ע"פ ואיש לא יעלה עמך וזהו פי' ה' בדד ינחנו ואין עמו אל נכר ע"ד וסרתם‬ ‫ועבדתם וכו' אבל כשאדם הוא יחידי אז מתדבק ביחידו של עולם ואין עמו אל נכר והבן‪.‬‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫צוליב דיינע שווערע מלחמות מיטן יצר הרע‬ ‫וועסטו זוכה זיין צו זיין העכער פון די מלאכים!!‬ ‫וְ ַדם ֵּענָּׁ ב ִּת ְש ֶּתה ָּׁח ֶמר (לב‪ ,‬יד)‬ ‫און פון די זאפט פון טרויבן וועסטו טרינקען וויין‬ ‫דער הייליגער איזשביצער זי"ע זאגט‪ :‬א מענטש קען האבן א טענה צום אויבערשטן‪,‬‬ ‫אז עס גייען אריבער אויף אים אזעלכע ביטערע מלחמות און נסיונות מיט זיין יצר‬ ‫הרע‪ ,‬ער פון זיין זייט פרובירט צו זיין ערליך און הייליג‪ ,‬אבער ער האט א שווערער‬ ‫יצר הרע וואס שטייט אים אין וועג‪ ,‬און רעדט אים איין צו די ערגסטע‪.‬‬ ‫דער אמת איז אבער‪ ,‬אז טאקע צוליב דעם וואס דער מענטש ליידט אזויפיל פון זיין‬ ‫יצר הרע‪ ,‬וועט אים דער אויבערשטער העלפן‪ ,‬אז ער וועט צום סוף זוכה זיין צו א‬ ‫מדריגה וואס אפילו מלאכים קענען נישט זוכה זיין דערצו‪ ,‬ווייל זיי האבן נישט קיין‬ ‫יצר הרע‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪ ,‬אז דורך דעם געשריי וואס דער מענטש שרייט אויף‬ ‫זיין יצר הרע‪ ,‬וועט ער זוכה זיין צו "תשתה חמר" – צו א מדריגה וואס איז העכער ווי‬ ‫די מלאכים‪ ,‬דאס איז מרומז אין דעם ווארט 'חמר'‪ ,‬וואס איז אן ארמי'ש'ער ווארט‪,‬‬ ‫און חז"ל זאגן (שבת יב‪ ,):‬אז די מלאכים קענען נישט קיין ארמי'ש‪ ,‬דעריבער איז דאס‬ ‫מרמז אז מען וועט זוכה זיין צו אזעלכע מדריגות וואס די מלאכים קענען נישט האבן‬ ‫קיין השגה דעריןו‪.‬‬ ‫ו וזל"ק (מי השלוח‪ ,‬חלק ב)‪ :‬ודם ענב תשתה חמר‪ .‬הענין שכתיב כאן לשון תרגום שאין מלאכי‬ ‫השרת מכירים אותו‪ ,‬כי יש לאדם צעקה וטענה מדוע יעברו עליו מלחמות ונסיונות עם יצרו‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫דורך תפילה איז מען זוכה זיין ממשיך צו זיין די גרעסטע רחמנות פונעם אויבערשטן!‬ ‫צ ּור יְ ָּׁל ְד ָּׁך ֶּת ִשי וַ ִּת ְש ַּכח ֵּאל ְמחֹלְ ֶל ָּׁך (לב‪ ,‬יח)‬ ‫דער שטארקער באשעפער וואס האט דיר געבוירן האסטו פארגעסן‪,‬‬ ‫און דו האסט פארגעסן דעם באשעפער וואס האט דיר באשאפן‬ ‫דער הייליגער מאור ושמש זי"ע טייטשט‪ :‬דאס ווארט "תשכח" איז א לשון פון‬ ‫'טרעפן' אין ארמי'ש‪ ,‬און דאס ווארט "מחוללך" איז א לשון פון תפילה (אזויווי (שמות‬ ‫לב‪ ,‬יא) "ויחל משה")‪.‬‬ ‫די כוונה איז‪ ,‬אז אויב דו וועסט מתפלל זיין צום אויבערשטן און דו וועסט אים זוכן‬ ‫("אל מחוללך")‪ ,‬וועסטו אים טרעפן ("ותשכח")‪.‬‬ ‫און דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו "ילדך תשי"‪ ,‬וואס דאס איז מרמז אויף די‬ ‫געוואלדיגע ליכטיגקייט פון די י"ג מידות של רחמים‪ ,‬וואס זיי זענען דער שורש פון‬ ‫רחמנות און גוטס‪ .‬די י"ג מידות זענען מרומז אין די ווערטער "ילדך תשי"‪ ,‬ווייל די י"ג‬ ‫מידות זענען מרמז אויף דרייסיג מאל דעם שם הוי"ה (זע אינעווייניג)‪ ,‬און די גימטריא‬ ‫פון דרייסיג מאל דעם שם הוי"ה (מיטן כולל) קומט אויס פונקט די זעלבע גימטריא ווי‬ ‫די ווערטער "ילדך תשי" מיט די אותיות (‪)781‬ז‪.‬‬ ‫הרע‪ ,‬כיון שרוצה להיטיב דרכיו ומעשיו וכמעט שנתפתה לו‪ ,‬לזאת אמר הכתוב שהשי"ת‬ ‫יושיע לך מחמת זה הסבלנות שתזכה למדריגה שאין המלאכים זוכים לה יען שאין להם יצר‬ ‫הרע‪ ,‬וזה פירש הפסוק מחמת דם ענב‪ ,‬היינו הצעקה תזכה לשתות חמר (כדאיתא בח"א ויחי ד"ה‬ ‫ובדם ענבים)‪.‬‬ ‫ז וזל"ק (מאור ושמש‪ ,‬ד"ה צור)‪ :‬וזהו צור ילדך תשי ותשכח אל מחללך תשכח הוא לשון מציאה‬ ‫‪ -‬יא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫יעדעס מאל וואס דו באקומסט גוטס פונעם אויבערשטן‬ ‫‪ -‬דארף דיר דאס ברענגען צו מער ענוה‬ ‫וַ ָּׁ ּיבֹא מ ֶֹשה וַ יְ ַד ֵּּבר ֶאת ָּּׁכל דִּ ְב ֵּרי ַה ּ ִש ָּׁירה ַה ּזֹאת‬ ‫ְּב ָּׁאזְ נֵּ י ָּׁה ָּׁעם ה ּוא ְוהוֹ ֵּש ַע ִּבן נ ּון (לב‪ ,‬מד)‬ ‫און משה רבינו איז געקומען‪ ,‬און ער האט גערעדט די‬ ‫גאנצע 'שירה' פאר כלל ישראל‪ ,‬ער און הושע בן נון‬ ‫דער הייליגער ערוגת הבושם זי"ע ברענגט פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע (אגרת‬ ‫הקודש‪ ,‬ב)‪ ,‬אז יעדעס מאל וואס א מענטש באקומט א חסד פונעם אויבערשטן‪ ,‬דארף‬ ‫ער זיך האלטן נידריגער פון פריער‪ ,‬ווייל יעדע חסד וואס דער אויבערשטער איז‬ ‫משפיע‪ ,‬ברענגט פארן מענטש א קירבת אלקים‪ ,‬און ווי נענטער א מענטש איז צום‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬פארשטייט ער טיפער‪ ,‬אז ער איז גארנישט מיט נישט‪ ,‬און ער שפירט זיך‬ ‫נידריגער‪.‬‬ ‫מיט דעם ערקלערט ער‪ ,‬פארוואס יהושע בן נון ווערט דא אנגערופן מיט זיין אלטער‬ ‫נאמען 'הושע'‪ ,‬כאטש וואס משה רבינו האט אים שוין גערופן מיטן נאמען 'יהושע'‪,‬‬ ‫ווייל יעצט ווען יהושע האט זוכה געווען צו ווערן דער מנהיג ישראל‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫א הויכע מדריגה פון קירבת אלקים‪ ,‬דעריבער איז ער צוגעקומען צו א גרעסערע‬ ‫כמו שמצינו בגמרא לכי תשכח מחללך הוא לשון תפלה כמו ויחל משה ורצה לומר שתתפלל‬ ‫אל השם ותבקש אותו תמצאהי בבקשתך ויומשכו עליך הל' הויות שבי"ג מכילין דרחמי‬ ‫שעולים כמנין "ילדך "תשי עם האותיות כנ"ל‪.‬‬ ‫‪ -‬יב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫מדריגה פון ענוה ושפלות‪ ,‬ביז ער האט זיך געהאלטן אזוי קליין פונקט ווי ווען ער איז‬ ‫נאך געווען א פשוט'ער משרת ביי משה רבינו‪ ,‬וואס דאן האט ער זיך גערופן 'הושע'ח‪.‬‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫דער וועג וויאזוי זיך צו דערהאלטן ביי אידישקייט אין דעם דור‬ ‫ֹאמר ֲאלֵּ ֶהם ִשימ ּו לְ ַב ְב ֶכם לְ ָּׁכל ַהדְּ ָּׁב ִרים ֲא ֶשר ָּׁאנ ִֹכי ֵּמ ִעיד ָּּׁב ֶכם ַה ּיוֹ ם ֲא ֶשר‬ ‫וַ ּי ֶ‬ ‫יכם ִל ְשמֹר ַל ֲעשוֹ ת ֶאת ָּּׁכל דִּ ְב ֵּרי ַה ּתוֹ ָּׁרה ַה ּזֹאת (לב‪ ,‬מו)‬ ‫ְּת ַצ ֻּ ּום ֶאת ְּבנֵּ ֶ‬ ‫און משה רבינו האט געזאגט צו די אידן‪ :‬לייגט צו אייער הארץ צו‬ ‫אלע זאכן וואס איך ווארען אייך אן דעם היינטיגן טאג‪ ,‬איר זאלן‬ ‫באפעלן אייערע קינדער אפצוהיטן און צו מקיים זיין די גאנצע תורה‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע שטעלט זיך‪ ,‬אז דער פסוק הייבט אן‪ ,‬אז די אידן זאלן‬ ‫צולייגן הארץ צו די תורה‪ ,‬און דער פסוק איז ממשיך‪ ,‬אז זיי זאלן באפעלן פאר זייערע‬ ‫ח וזל"ק (ערוגת הבושם)‪ :‬הוא והושע בן נון פירש"י למה קראו כאן הושע עיי"ש‪ .‬ויל"פ עפ"י‬ ‫מש"כ בל"א שבכל חסד וחסד שהקב"ה עושה לאדם צריך להיות שפל רוח במאוד כי חסד‬ ‫דרועא ימינא וימינו תחבקני שהוא בחינת קרבת אלקים ממש ביתר שאת מלפנים‪ ,‬וכל הקרוב‬ ‫לה ביתר שאת והגבה למעלה מעלה צריך להיות יותר שפל רוח למטה מטה כמש"כ מרחוק‬ ‫ה' נראה לי וכנודע דכולי' קמיא כלא חשובה וא"כ כל שהוא קמי' יותר הוא יותר כלא ואין‬ ‫ואפס וזו בחינת ימין שבקדושה וחסד לאברהם שאמר אנכי עפר ואפר וזו הוא ג"כ מידתו של‬ ‫יעקב ובזאת התנצל על יראתו מפני עשיו ולא די לו בהבטחתו והנה אנכי עמך עיי"ש‪ ,‬וה"נ‬ ‫גבי יהושע הגם שכבר זכה להיות נקרא שמו יהושע מ"מ כשעלה לגדולה בפרט להיות ראש‬ ‫הדור שהוא בחי' קרבת אלקים ביתר שאת מלפנים בא לבחינת שפלות יותר ויותר והשפיל‬ ‫עצמו כמו בעודנו נער כשנקרא הושע והבן‪.‬‬ ‫‪ -‬יג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫קינדער‪ ,‬אז זיי זאלן מקיים זיין די תורה‪ ,‬און דער פסוק זאגט נישט‪ ,‬אז די קינדער זאלן‬ ‫צולייגן הארץ צו די תורה‪.‬‬ ‫מ'קען דאס ערקלערן‪ ,‬לויט ווי ס'שטייט אין זוהר חדש (בראשית‪ ,‬יג‪ ,).‬אז רבי אליעזר‬ ‫האט געזאגט פאר זיין פטירה‪" :‬וויי איז פאר דעם דור וואס וועלן זיין ווי יתומים אן‬ ‫קיין טאטע‪ ,‬אן קיין חכם וואס זאל זיי אויסלערנען וויאזוי זיך צו פירן‪ ,‬אן קיין תלמיד‬ ‫חכם וואס זאל לערנען‪ .‬עס וועלן קומען צייטן וואס דער גאנצער דור וועלן זיין‬ ‫מחוצפים און עזי פנים‪ ,‬די תורה וועט פארגעסן ווערן און קיינער וועט דאס נישט זוכן‪,‬‬ ‫און דער וואס וועט נתעורר ווערן צו לערנען תורה וועט זיין פארשעמט און‬ ‫אראפגעקוקט‪ ,‬וויי איז פאר יענעם דור ווען עס וועט קומען יענעם דור! יענער דור‬ ‫וועט נישט קענען האבן קיין עקזיסטענץ נאר אויף די הייליגע תינוקות של בית רבן‪,‬‬ ‫אויף די קליינע קינדער‪ ,‬אבער ווען די קליינע קינדער וועלן עלטער ווערן‪ ,‬וועט די‬ ‫תורה פארגעסן ווערן פון זיי! יעדער איד וואס וועט זוכה זיין אין זיינע עלטערע יארן‬ ‫צו זיין פונקט אזוי ערליך ווי אין זיינע יונגע יארן‪ ,‬וועט ער זוכה זיין צו די מדריגה פון‬ ‫שמואל הנביא"‪.‬‬ ‫לכאורה דארף מען דאס פארשטיין‪ ,‬פארוואס וועלן די קינדער פארגעסן די תורה ווען‬ ‫זיי וועלן עלטער ווערן‪ ,‬חז"ל זאגן דאך (שבת קנב‪ ,).‬אז תלמידי חכמים ווערן נאר קלוגער‬ ‫ווי עלטער זיי ווערן?‬ ‫נאר מ'קען דאס ערקלערן‪ ,‬ווייל חז"ל זאגן (חולין צו‪ ,):‬אז די דורות ווערן שוואכער‪ ,‬און‬ ‫יעדער דור איז דא ווייניגער תורה ווי אין דעם פריערדיגן דור‪ ,‬אויב אזוי קומט אויס‪,‬‬ ‫אז ווען די תינוקות של בית רבן וואקסן אויף‪ ,‬געפינען זיך זיי שוין אין א דור וואס איז‬ ‫נידריגער ווי דער פריערדיגער דור‪ ,‬דעריבער ווערן זיי אויך איבערגענומען פון די‬ ‫השפעה פונעם דור‪ ,‬און צוליב דעם ווערט חלילה די תורה פארגעסן פון זיי‪.‬‬ ‫‪ -‬יד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫ס'כאפט א טרייסל‪ ,‬ווען מען איז זיך מתבונן אין די פחד'דיגע ווערטער פונעם זוהר‬ ‫הקדוש! די איינציגסטע עצה פאר א מענטש איז‪ ,‬אז ער זאל זיך אנהאלטן א גאנץ לעבן‬ ‫אין די זאכן וואס ער האט געהערט אלס קינד‪ ,‬און כאטש וואס זיין דעמאלטסדיגע‬ ‫לערנען איז נאך געווען אין גאר א קליינע און שוואכע מדריגה‪ ,‬און מען דארף האבן‬ ‫גרויס סייעתא דשמיא זיך צו קענען אנהאלטן אין דעם‪ ,‬אבער קיין אנדערע עצה איז‬ ‫נישטא‪ ,‬ווייל דאס איז דער איינציגסטער וועג וויאזוי כלל ישראל וועט זיך קענען‬ ‫האלטן אין די לעצטע דור – דורך די תורה פון די תינוקות של בית רבן‪.‬‬ ‫ווען מען לערנט אויס תורה פאר קינדער‪ ,‬איז נישט מעגליך‪ ,‬אז זיי זאלן זיך אריינלייגן‬ ‫אין די תורה מיט די גאנצע הארץ און נשמה‪ ,‬ווייל זיי האבן נאכנישט דעם דעת דערצו‪,‬‬ ‫און זייער גאנצע תורה איז נאר מיט די מויל‪ ,‬אבער פארט איז דאס גאר טייער און‬ ‫חשוב‪ ,‬ווייל דורכדעם וועלן זיי קענען נתגדל ווערן צו אפהיטן די תורה‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪ ,‬אז משה רבינו האט זיי אנגעווארנט‪"ַ :‬ו ּי ֶ‬ ‫ֹאמר ֲאלֵּ ֶהם‬ ‫"א ֶשר‬ ‫ִשימ ּו לְ ַב ְב ֶכם לְ ָּׁכל ַהדְּ ָּׁב ִרים" – דער עיקר וואס איר דארפט צולייגן הארץ איז‪ֲ :‬‬ ‫יכם ִל ְשמֹר לַ ֲעשוֹ ת ֶאת ָּּׁכל דִּ ְב ֵּרי ַה ּתוֹ ָּׁרה ַה ּזֹאת" – צו מחנך זיין די‬ ‫ְּת ַצ ֻּ ּום ֶאת ְּבנֵּ ֶ‬ ‫קינדער‪ ,‬אפצוהיטן די תורה‪ .‬און דעריבער זאגט ער נישט‪ ,‬אז 'די קינדער' זאלן צולייגן‬ ‫הארץ‪ ,‬ווייל ביי זיי איז דאך דאס נישט שייך‪ ,‬נאר דער עיקר איז‪ ,‬אז דער טאטע זאל‬ ‫צולייגן הארץ‪ ,‬אז זיינע קינדער זאלן כאטש מקיים זיין די תורה וויאזוי ס'איז‪ ,‬אפילו אן‬ ‫הארץ‪ ,‬ווייל נאר אזוי קען די תורה האבן א קיוםט‪.‬‬ ‫ט וזל"ק (דברי יואל‪ ,‬תניינא‪ ,‬עמ' רסד)‪ :‬ויבא משה וידבר את כל דברי השירה וגו' ויאמר אליהם שימו‬ ‫לבבכם לכל הדברים וגו' אשר תצוום את בניכם לשמור לעשות‪ .‬וצ"ב שנראה מלשון הפסוק‬ ‫שהם עצמם ישימו לב לכל הדברים ולבניהם יצוו לשמור ולעשות ולמה שינה את טעמו ואפשר‬ ‫לומר בהקדם לבאר מאמר הכתוב (דברים לא) וענתה השירה הזאת לפניו לעד כי לא תשכח מפי‬ ‫‪ -‬טו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫זרעו‪ ,‬ולכאורה יש לדקדק למה אמר מפי זרעו והיה סגי באומרו כי לא תשכח מזרעו‪ .‬וגם קשה‬ ‫שהיה צריך לומר מפי ישראל או מפי יעקב או בני ישראל ולמה שינה עליו הכתוב כאן לומר‬ ‫מפי זרעו‪ .‬אמנם יתבאר עפי"מ דאיתא בזוהר חדש במדרש הנעלם פ' בראשית (דף י"ג ע"א) וז"ל‬ ‫באותה שעה בכה ר"ע א"ל ר"א על מה קא בכית א"ל אוי לדור שיהיו יתומים ממך א"ל אל‬ ‫תאמר כך אלא ווי לדור שיהיו יתומים בלי אב בלי חכם מורה ולא תלמיד הוגה וימים יבואו‬ ‫שכל הדור יהיו חצופים ועזי פנים ותשתכח תורה ואין דורש ואין מבקש והמתעורר לבו בתורה‬ ‫יהי' נבזה וחדל אישים ווי לדרא ההוא כד ייתי ההוא דרא א"ל לית דרא ההוא מתקיים אלא‬ ‫פיהם של תינוקות של ביח רבן כד אינון רכיכין בלבד וכד אינון קשישין אורייתא משתכחת‬ ‫מנהון כי הא דא"ר יהודה מאי דכתיב (ש"א א') אל הנער הזה התפללתי הול"ל אל הבן הזה‬ ‫התפללתי אלא אמרה חנה יה"ר בשעה שיגדל ישתדל בעבודת המקום כמו עכשיו שהוא נער‬ ‫וכל אדם שיזכה להיות בזקנותו כמו בנערותו יזכה למעלת שמואל הנביא ע"כ‪ .‬ולכאורה יש‬ ‫להבין דהנה הלא אמרו חכמינו ז"ל (שבת קנ"ב ע"א) תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים חכמה‬ ‫נתוספת בהם וא"כ למה זה יגיעו לידי שכחת התורה לכשיתגדלו‪ .‬ואפשר לומר בביאור הענין‬ ‫דהנה אמרו ז"ל (חולין צ"ו ע"ב) דלא אכשור דרי והיינו שהדורות מתמעטים תמיד הלוך וחסור‬ ‫ודור אחר דור נתרוקנין מתורה וחכמה וכל דור קטן ודל יותר מחבירו‪ ,‬וא"כ נמצא שכאשר‬ ‫התשב"ר מתגדלים הם נמצאים כבר בדור גרוע ושפל יותר ממה שהיה מקודם ולכן נעשים גם‬ ‫המה מושפעים מן הדור והתורה משתכחת מהם ורק כל זמן שהם בקטנותם ונמצאין בבית‬ ‫הספר אז הם עוסקין בתורה באמת‪ .‬והנה דברי הזוה"ק האלו נוראים מאד והעצה היעוצה הוא‬ ‫להאדם שיזכור תמיד ויחזיק עצמו במה ששמע בנערותו כשהיה עוד מהתשב"ר ואף שהלימוד‬ ‫של אז הוא בבחינה קטנה וחלושה מאוד וצריכים סייעתא דשמיא שיוכלו להחזיק עצמן בזה‬ ‫אבל אין עצה אחרת‪ ,‬כי הלא מבואר שעיקר קיומה של האומה הישראלית באחרית הימים‬ ‫יהיה אך ע"י הבל פיהם של תשב"ר‪ .‬אמנם תורתן של תשב"ר היא רק בהבל פה היוצא מהם‬ ‫דעדיין לא הגיעו לכלל דעת ואין בהם כוונת הלב ועיקר חשיבות מעלתן משום שהוא הבל‬ ‫שאין בו חטא‪ .‬וזהו שאמה"כ כי לא תשכח מפי זרעו היינו שזהו הבטחה שהבטיח הכתוב על‬ ‫האי דרא בתראה אשר תשתכח בו תורה שאעפ"כ גם במצב שפל זה לא תשכח מהם התורה‬ ‫לגמרי זהו ע"י הבחינה של מפי זרעו היינו הבל פיהם של תשב"ר כד אינון רכיכין שישאר עכ"פ‬ ‫זכות הפה‪ ,‬וגם בזה יש הצלה פורתא דהגדיים נעשין תיישים ועד"ז המה מתגדלים להיות‬ ‫‪ -‬טז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫לערנען פרשת האזינו איז ממשיך אלע ברכות‬ ‫ֹאמר ֲא ֵּל ֶהם ִשימ ּו לְ ַב ְב ֶכם לְ ָּׁכל ַהדְּ ָּׁב ִרים ֲא ֶשר ָּׁאנ ִֹכי ֵּמ ִעיד ָּּׁב ֶכם ַה ּיוֹ ם‪ִּ :‬כי‬ ‫וַ ּי ֶ‬ ‫יכם ּו ַבדָּּׁ ָּׁבר ַה ֶ ּזה ַּת ֲא ִריכ ּו יָּׁ ִמים (לב‪ ,‬מו‪-‬מז)‬ ‫לֹא ָּׁד ָּׁבר ֵּרק ה ּוא ִמ ֶּכם ִּכי ה ּוא ַח ֵּ ּי ֶ‬ ‫און משה רבינו האט געזאגט צו די אידן‪ :‬לייגט צו אייער הארץ צו אלע זאכן וואס איך‬ ‫ווארען אייך אן דעם היינטיגן טאג [די פרשה פון האזינו]‪ :‬ווייל דאס איז נישט קיין ליידיגע‬ ‫זאכן פון אייך‪ ,‬נאר דאס איז אייער לעבן‪ ,‬און דורך דעם זאך וועט איר מאריך ימים זיין‬ ‫דער הייליגער חת"ם סופר זי"ע שטעלט זיך‪ ,‬פארוואס דארף דער פסוק זאגן "כי לא‬ ‫דבר ריק הוא"‪ ,‬פארוואס זאלן מיר חלילה טראכטן‪ ,‬אז די תורה איז ליידיגע זאכן חס‬ ‫ושלום?‬ ‫שומרי תורה ומצוות‪ .‬ואמר הכתוב וענתה השירה הזאת לפניו לעד כי לא תשכח וגו' היינו‬ ‫שהשירה הזאת יש בסגולתה שלא תשתכח התורה לגמרי ח"ו והיא לעד בנו שלא ימעדו רגלינו‬ ‫בצוק העיתים שהקב"ה משגיח ומרחם על עמו ישראל שלא יבואו ח"ו לגמרי לידי שכחת‬ ‫התורה והעצה היא מפי זרעו כנ"ל היינו שאף בדורות האחרונים לא תשכח עכ"פ בחינת הפה‬ ‫שהיא הבל פיהם של תשב"ר ואף שהלימוד של אז הוא בבחינה קטנה וחלושה מאוד אבל‬ ‫עכ"פ עדיין לא היו נמצאים בדור גרוע ושפל כ"כ‪ .‬ומעתה לפי"ז יובן מה שהזהירם משרע"ה‬ ‫שימו לבבכם לכל הדברים וגו' אשר תצוום את בניכם לשמור לעשות‪ ,‬היינו שעיקר האזהרה‬ ‫לצוות לדורות לבניהם הבאים אחריהם היא לחנכם לשמור ולעשות ואע"פ שאצלם לא שייך‬ ‫עדיין בחינת שימו לבבכם כי חכמה ודעת עדיין אין בהם לשום עיניהם ולבם לדברי תורה ואין‬ ‫בהם אלא הבל פה בלבד‪ ,‬עכ"ז יצוו אותם לשמור ולעשות עכ"פ אף בלא לב ולב וכמ"ש (משלי‬ ‫כ"ב) חנוך לנער על פי דרכו‪ ,‬וזהו שאמר שימו לבבכם וגר בעבור אשר תצוום את בניכם היינו‬ ‫שישימו המה לב לגדל הדורות הבאים אחריהם באופן של לשמור ולעשות את כל דברי התורה‬ ‫ועד"ז לא תשתכח התורה מישראל‪.‬‬ ‫‪ -‬יז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫נאר רש"י טייטשט אויף די ווערטער "שימו לבבכם"‪ ,‬אז די כוונה איז‪ ,‬אז מען דארף‬ ‫אריינלייגן די גאנצע קאפ און מוח זיך צו פארטיפן אין די הייליגע תורה‪ ,‬און דאס‬ ‫פארשטיין מיט א קלארקייט‪.‬‬ ‫די מצוות וואס זענען נוגע היינט צוטאגס איז פשוט און פארשטענדליך פארוואס מען‬ ‫דארף דאס קענען מיט א קלארקייט‪ ,‬כדי מען זאל וויסן וואס צו טון‪ ,‬און אפילו די‬ ‫מצוות וואס גייען נישט אן היינט צוטאגס‪ ,‬קען מען אויך פארשטיין‪ ,‬אז מען דארף‬ ‫דאס לערנען‪ ,‬ווי חז"ל זאגן (זע סנהדרין נא‪ ;:‬מנחות קי‪ .‬ועוד)‪ ,‬אז מיט דעם וואס מען לערנט‬ ‫דאס‪ ,‬ווערט דאס פאררעכנט כאילו מען איז מקיים די מצוות‪ .‬אבער אויף פרשת‬ ‫האזינו קען לכאורה אויסקוקן פאר מענטשן‪ ,‬אז ס'איז נישטא קיין שום אויפטוה דאס‬ ‫צו לערנען‪ ,‬ווייל די גאנצע פרשה איז דאך נאר געבויעט‪ ,‬אז אויב אידן וועלן דינען‬ ‫עבודה זרה וועלן זיי באקומען די אלע שטראפן‪ ,‬אויב אזוי קענען די אידן זאגן‪ ,‬אז מיר‬ ‫וועלן נישט דינען עבודה זרה‪ ,‬און מיר וועלן נישט באקומען די קללות‪ ,‬און פארוואס‬ ‫דארפן מיר לערנען די סדרה? ס'איז דאך נישט שייך צו זאגן‪ ,‬אז מיר זאלן דאס לערנען‬ ‫כדי ס'זאל זיין פאררעכנט כאילו מען דינט עבודה זרה‪ ,‬חס ושלום‪.‬‬ ‫דעריבער האט משה רבינו געדארפט באזונדער אנווארענען‪ִ " :‬שימ ּו ְל ַב ְב ֶכם לְ ָּׁכל‬ ‫ַהדְּ ָּׁב ִרים ֲא ֶשר ָּׁאנ ִֹכי ֵּמ ִעיד ָּּׁב ֶכם ַה ּיוֹ ם" – איר זאלט זיך פארטיפן אין די פרשה פון‬ ‫"כי לֹא ָּׁד ָּׁבר ֵּרק ה ּוא ִמ ֶּכם" – ווייל דאס איז‬ ‫האזינו‪ ,‬און איר זאלט מעיין זיין דערין‪ִּ ,‬‬ ‫נישט קיין פשוט'ער ענין‪ ,‬ווייל דער אמת איז‪ ,‬אז אין די אלע קללות זענען באהאלטן‬ ‫געוואלדיגע ברכות‪ּ " ,‬ו ַבדָּּׁ ָּׁבר ַה ֶ ּזה ַּת ֲא ִריכ ּו יָּׁ ִמים" – און אויב וועט איר לערנען און‬ ‫רעדן דערפון וועט איר מאריך ימים זייןי‪.‬‬ ‫י וזל"ק (חת"ם סופר‪ ,‬על התורה‪ ,‬עמ' קלז)‪ :‬שימו לבבכם לכל הדברים וגו' כי לא דבר רק הוא מכם כי‬ ‫הוא חייכם ובדבר הזה תאריכו ימים וגו'‪ .‬יל"ד מהיכי יעלה על הדעת שיהי' דבר רק ורש"י‬ ‫‪ -‬יח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫יום הכיפורים‬ ‫‪-‬א‪-‬‬ ‫אלע עבירות ווערן אפגעווישט יום כיפור‪ ,‬און מען דארף נישט ליידן קיין שום יסורים‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע זאגט‪ :‬די גמרא (יומא פו‪ ).‬רעכנט אויס פארשידענע‬ ‫חילוקים פון עטליכע סארטן עבירות וויאזוי זיי ווערן נתכפר; אויף געוויסע עבירות‬ ‫העלפט נישט אפילו די כפרה פון יום כיפור נאר עס פעלט אויך אויס יסורים‪ ,‬אדער‬ ‫אפילו טויט רחמנא ליצלן‪.‬‬ ‫פון די ווערטער פונעם הייליגן רמב"ם קומט ארויס (הל' תשובה פרק א‪ ,‬ב‪-‬ג‪ ,‬עיי"ש בלח"מ)‪,‬‬ ‫אז אין דער צייט ווען דער בית המקדש איז געשטאנען און מען האט געהאט דעם‬ ‫'שעיר המשתלח' [די ציגעלע וואס מען האט געשיקט צום עזאזל]‪ ,‬האט דאס מכפר‬ ‫געווען אויף אלע עבירות‪ ,‬אפילו אויף די הארבסטע עבירות‪ ,‬און די אלע חילוקים‬ ‫וואס ווערן אויסגערעכנט אין גמרא איז נאר שייך אין דער צייט וואס ס'איז נישטא‬ ‫קיין 'שעיר המשתלח'‪.‬‬ ‫פי' שימו לבבכם שצריך שישים כל עיונו ושכלו להתבונן בתורה להבינה על בורי' ואמתתה‬ ‫והנה דברים שאינם נוהגים אחז"ל מ"מ דרוש וקבל שכר דמעלה עליו הכתוב כאלו קיים‬ ‫אותה המצוה וכאלו העמיד משכן וקרשיו והקריב עולה וכדומה ואמנם בשירת האזינו שכולה‬ ‫תנאי על עע"ז וכדומה יאמרו נא ישראל לא נעבוד ע"ז ולא נקבל קללות ח"ו ומה בצע בעסקינו‬ ‫בה ומה שכר נקבל מעלה עליו כאלו חלילה עבדנו ע"ז חלילה לנו לומר כן ולהשמר מזה אמר‬ ‫מרע"ה שימו לבבכם לכל הדברים ועיינו בה בעיון ודרוש כי לא דבר רק הוא כי בקללות‬ ‫טמונים ברכות ובדבר ודיבור הזה תאריכו ימים‪.‬‬ ‫‪ -‬יט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫חז"ל זאגן (זע מנחות קי‪ ,).‬אז אויבן אין הימל איז מען מקריב אלע קרבנות‪ ,‬אויך היינטיגע‬ ‫צייטן‪ ,‬ווען מיר האבן נישט קיין בית המקדש צו קעענען מקריב זיין קרבנות דא אויף‬ ‫דער וועלט‪ .‬דער הייליגער רמ"ע מפאנו זאגט (עשרה מאמרות מאכ"ח ח"ג‪ ,‬כג)‪ ,‬אז אליהו‬ ‫הנביא איז מקריב אלע קרבנות אויבן‪.‬‬ ‫[מיין הייליגער זיידע דער ייטב לב זי"ע ברענגט (סו"פ אמור) אן איטערעסאנטע מעשה‬ ‫אויף דעם ענין‪ ,‬אז איינמאל ווען דער ישמח משה האט געענדיגט דאווענען שמונה‬ ‫עשרה‪ ,‬איז אים בייגעפאלן צו מתפלל זיין אז ער זאל זוכה זיין אליין צו זען ווי אליהו‬ ‫איז מקריב קרבנות אויבן‪ ,‬און ער האט געטראכט ביי זיך‪ ,‬אפשר איז יעצט אן עת רצון‬ ‫וואס איך וועל זוכה זיין דאס צו זען‪ .‬ער האט טאקע גליייך מתפלל געווען דערויף‪,‬‬ ‫און דער אויבערשטער האט טאקע ערפילט זיין בקשה‪ ,‬ער האט זוכה געווען צו זען‬ ‫מיט די אויגן‪ ,‬ווי אליהו איז אנגעטון מיט בגדי כהונה‪ ,‬און ער איז מקריב דעם קרבן‬ ‫תמיד‪.‬‬ ‫איך אליין האב געהערט אט די מעשה פון מיין הייליגן טאטן זי"ע [דער קדושת יו"ט]‬ ‫מיט נאך הוספות‪ :‬אז איינמאל אינמיטן שמונה עשרה איז אים דורכגעפלויגן אין‬ ‫מחשבה אט דעם ענין וואס ווערט געברענגט‪ ,‬אז אליהו איז מקריב קרבנות‪ ,‬און ער‬ ‫האט זיך מתבונן געווען פארוואס איז דאס דורכגעגאנגען אין זיין מחשבה‪ ,‬און פון‬ ‫דעם האט ער פארשטאנען‪ ,‬אז יעצט איז אן עת רצון דאס צו זען‪ ,‬און צוליב דעם האט‬ ‫ער מתפלל געווען דערויף‪ ,‬און דער אויבערשטער האט אנגענומען זיין תפילה‪.‬‬ ‫ווען דער ייטב לב האט געהערט די מעשה פון זיין זיידע דער ישמח משה‪ ,‬איז ער נאך‬ ‫געווען א קינד און ער האט געפרעגט זיין זיידע‪" :‬וויאזוי האסטו געקענט עפענען דיינע‬ ‫אויגן‪ ,‬און קוקן אינמיטן שמונה עשרה?" האט אים דער הייליגער ישמח משה‬ ‫געענטפערט‪" :‬דו מיינסט‪ ,‬אז איך האב דאס געזען מיט די גשמיות'דיגע אויגן?! איך‬ ‫‪-‬כ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫האב דאס געזען מיט רוחניות'דיגע אויגן‪ ,‬די אויגן פונעם שכל‪ ,‬וואס דערצו דארף מען‬ ‫בכלל נישט נוצן די פשוט'ע אויגן"‪].‬‬ ‫ס'איז זיכער אן קיין ספק‪ ,‬אז אליהו איז אויך מקריב היינט צוטאגס דעם שעיר‬ ‫המשתלח‪ ,‬און ער טראגט דאס צום עזאזל‪ ,‬פונקט ווי ער איז מקריב אלע אנדערע‬ ‫קרבנות‪.‬‬ ‫אויב אזוי קומט אויס‪ ,‬אז אויך היינט צוטאגס ווערן אלע עבירות נתכפר [אינאיינעם‬ ‫מיט תשובה]‪ ,‬און מען דארף נישט ליידן קיין צער און יסורים אדער טויט אפצואווישן‬ ‫די עבירות‪ ,‬ווייל דער 'שעיר המשתלח' איז מכפר אויף אלעס‪.‬‬ ‫און די סיבה פארוואס די גמרא רעכנט יא אויס די אלע חילוקים איז‪ ,‬ווייל די גמרא‬ ‫רעדט נאר אין דער צייט ווען דער בית המקדש איז געשטאנען‪ ,‬וואס דאן האט זיך‬ ‫געקענט מאכן‪ ,‬אז מען זאל נישט מקריב זיין דעם 'שעיר לעזאזל'‪ ,‬אויב ס'איז נישט‬ ‫געווען קיין 'שעיר'‪ ,‬וכדו'‪ ,‬אבער היינט צוטאגס וואס אליהו איז מקריב דעם 'שעיר'‬ ‫יעדעס יאר‪ ,‬איז זיכער‪ ,‬אז דורך אים ווערן אפגעווישט אלע עבירות אן אויסנאםיא‪.‬‬ ‫יא וזל"ק (טיב לבב‪ ,‬יוה"כ‪ ,‬ד)‪ :‬והנה ידוע מחז"ל שלמעלה בשמים מקריבים כל הקרבנות אף בזה"ז‪,‬‬ ‫ומבואר בספרי קודש‪ ,‬שאליהו הנביא מקריב כל הקרבנות תמידין כסדרם בכל יום‪ ,‬וכתב ק"ז‬ ‫זלה"ה בייטב לב (סו"פ אמור) וזל"ק‪ ,‬ומקובלני ממוזלה"ה בעל המחבר ספר ישמח משה ותשובת‬ ‫השיב משה‪ ,‬כי פעם אחת אחר שסיים תפלת י"ח עלה בלבו להתפלל לראות הדבר הנ"ל‬ ‫האמור בעשרה מאמרות‪ ,‬ועם לבבו אמר אולי קיימא לי שעתא ואזכה לראותו‪ ,‬ותיכף התפלל‬ ‫על זה ומילא ה' שאלתו וראה עין בעין את אליהו מלובש בבגדי כהונה עומד ומקריב התמיד‬ ‫כסדרו‪ ,‬ודבריו הללו נודעו לרבים עכל"ק‪ .‬ומאבא מארי ז"ל שמעתי המעשה באריכות יותר‪,‬‬ ‫דמעשה שהי' כך הי' שפע"א ביומא דשוקא עבר במחשבתו בעת תפלת שמ"ע מה שמובא‬ ‫וכו'‪ ,‬והתבונן למה עבר זאת במחשבתו והבין שהוא עת רצון לראות זאת‪ ,‬והתפלל ומילא ה'‬ ‫שאלתו‪ ,‬וק"ז זלה"ה הייט"ל שהי' אז עדיין ילד שאל לזקינו היש"מ איך יכולת לפתוח עיניך‬ ‫‪ -‬כא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫ולהביט באמצע שמ"ע‪ ,‬ענה לו הכי אתה חושב שבאלו העינים ראיתי זאת‪ ,‬לא כי אלא בעיני‬ ‫השכל ראיתי זאת‪ ,‬וא"צ לזה אלו העינים הגשמיים כלל עכד"ק‪ ...‬והנה גבי קרבן פסח‬ ‫שהמנויים המה צדיקי הדור ואליהו מביא להם כזית ממנו‪ ,‬בוודאי שעליו לחפש ולחזר אחר‬ ‫צדיקי הדור הראויים לכך‪ ,‬ומי יודע אם נמצאים צדיקים כאלה בדור של עיקבתא דמשיחא‪,‬‬ ‫אבל השעיר המשתלח שהוא דורון להס"ם כדי לשחדו‪ ,‬הנה הס"מ נמצא תמיד בעוה"ר‪,‬‬ ‫ומתנה זו בלי ספק שיכולין ליתנה לו גם בדור הזה‪ ,‬וא"כ אליהו ז"ל הוא המוליך לו את השעיר‬ ‫המשתלח‪ ,‬והוא יכול להוליכו אליו מיד באין שום מונע‪ ,‬דאע"פ שעל אותה שעה שיבוא‬ ‫לבשר את הגאולה נסתפקו ז"ל אם יבוא אליהו בשבת ויו"ט אי יש תחומין למעלה מעשרה‪,‬‬ ‫זהו לפי שאז יבוא לעוה"ז בלבוש גופו ויהיה כאחד מחכמי הדור שמחויב בכל המצות‪ ,‬משא"כ‬ ‫בזה"ז כשמתגלה בנשמתו בלי גוף הרי הוא כמו מלאך ואינו מחויב במצות כמ"ש החת"ס‬ ‫ז"ל‪ ,‬ממילא בוודאי שאין אצלו איסור תחומין‪ ,‬ואין אצלו שום מניעה מלהביא כזית מהקרבן‬ ‫פסח לצדיקי הדור‪ ,‬וכמו"כ להוליך את השעיר המשתלח לעזאזל‪ ,‬ומה גם דבעבור השעיר‬ ‫המשתלח הרי מותר לכתחלה לחלל עליו את השבת ולהוליכו חוץ לתחום‪ ,‬דהכשירו ביוהכ"פ‬ ‫בכך‪ ,‬וכמו שדרשו ז"ל עה"כ ושילח ביד איש עתי‪ ,‬עתי ואפילו בשבת‪ ,‬ופשיטא שמותר לו‬ ‫להוליכו להר עזאזל‪ ,‬ולכן נראה שאין בזה שום ספק והרי זה דבר ברור שכמו שאליהו מקריב‬ ‫כל הקרבנות והקרבן פסח‪ ,‬הרי הוא מקיים גם מצות שעיר המשתלח‪ ...‬עכ"פ שפיר אפ"ל‬ ‫דגם כהיום הזה ישנו במציאות ענין של שעיר המשתלח בחל יום הכיפורים‪ ,‬ומתכפרים‬ ‫העוונות על ידו בצירוף התשובה‪ ,‬והרווחנו בזה שגם האידנא אין צריכין לסבול יסורים וצער‬ ‫של יום המיתה בעבור הכפרה‪ ,‬כי השעיר מכפר על הכל‪ ,‬וכן פסק גם הרמב"ם שבזמן‬ ‫שמקריבין השעיר המשתלח אין צריכין להד' חילוקי כפרה שהיה ר' ישמעאל דורש‪ ,‬ואם‬ ‫תקשה לומר א"כ למה חושב הש"ס ד' חילוקי כפרה‪ ,‬והרי אליהו הנביא מביא השעיר‬ ‫המשתלח גם בזמן הזה‪ ,‬אפשר שזה קאי רק אז בזמן שביהמ"ק היה קיים אם אירע שלא היה‬ ‫שעיר לשלוח או אונס אחר‪ ,‬ועד זאת מבואר בגמרא תרקבא דדינרי עיילא ליה מרתא בת‬ ‫בייתוס לינאי מלכא על דאוקמיה ליהושע בן גמלא בכהני רברבי‪ .‬ורואין מזה שהיו בזמן בית‬ ‫שני כהנים שלא היו ראוים לזה‪ ,‬והיו ביניהם שלא הוציאו שנתם ה"י‪ ,‬אמנם בזמן הזה שאליהו‬ ‫הנביא הוא כהנא רבא דישראל ומקריב כל קרבנות של יום הקדוש הזה עצהיו"ט‪ ,‬בוודאי‬ ‫בזכותו ועל ידו נתכפר כל העוונות ואין צריכין להד' חילוקי כפרה הנ"ל‪.‬‬ ‫‪ -‬כב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ב‪-‬‬ ‫יום כיפור איז דער אויבערשטער מוחל אפילו‬ ‫אויף די עבירות וואס דו ווייסט נישט פון זיי!‬ ‫לִ ְפנֵּ י ה' ִּת ְט ָּׁהר ּו (ויקרא טז‪ ,‬ל)‬ ‫פארן אויבערשטן וועט איר ווערן ריין‬ ‫דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע פרעגט‪ ,‬וואס איז דער ספעציעלער חידוש פון יום‬ ‫כיפור‪ ,‬מען דארף דאך תשובה טון יעדן איינציגן טאג‪ ,‬און תשובה העלפט אלעמאל‪,‬‬ ‫און פון די אנדערע זייט‪ ,‬יום כיפור אליין אן תשובה העלפט נישט‪ ,‬אויב אזוי‪ ,‬וואס איז‬ ‫דער אויפטוה פון יום כיפור?!‬ ‫נאר עס זענען דא אזעלכע עבירות‪ ,‬וואס א מענטש ווייסט בכלל נישט אז דאס איז א‬ ‫פראבלעם‪ ,‬אין די אויגן פונעם מענטש קוקט נישט אויס ווי דאס איז אן עבירה‪ ,‬און‬ ‫ער ווייסט נישט אז ער דארף זיך בכלל מתוודה זיין דערויף‪ ,‬און חרטה האבן אויף‬ ‫דעם; אט די עבירות קענען נישט אפגעווישט ווערן במשך דעם יאר‪ ,‬ווייל ער טוט‬ ‫דאך נישט קיין תשובה אויף זיי‪ ,‬אבער אום יום כיפור איז דער אויבערשטער מוחל‬ ‫אויך אויף די עבירות‪ ,‬אזויווי מיר זאגן‪" :‬את הגלויים לנו ואת שאינם גלויים לנו"‪.‬‬ ‫"ל ְפנֵּ י ה' ִּת ְט ָּׁהר ּו" – איר וועט ווערן גערייניגט אפילו‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪ִ :‬‬ ‫פון אזעלכע עבירות וואס זענען נאר פארן אויבערשטן‪ ,‬וואס נאר דער אויבערשטער‬ ‫ווייסט פון די עבירותיב‪.‬‬ ‫יב וזל"ק (זרע קודש‪ ,‬מועדים‪ ,‬ערב יום הכיפורים)‪ :‬לפני ה' תטהרו כי אע"פ שכתוב שלבקרים תפקדנו‬ ‫ולרגעים תבחננו ובכל עת מועיל תשובה א"כ מה ענין של יוה"כ שג"כ אינו מכפר רק עם‬ ‫‪ -‬כג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫דער אויבערשטער אליין וועט זיך אננעמען פאר דיר!‬ ‫דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע זאגט נאך א פשט אין דעם פסוק‪ ,‬אז דער‬ ‫אויבערשטער אליין וועט זיך אננעמען פאר אונז ביים משפט‪ ,‬און ער אליין וועט זיין‬ ‫אונזער מליץ יושר‪ ,‬און ס'איז זיכער אז דער אויבערשטער קען טענה'ן אזעלכע גוטע‬ ‫טענות וואס קיין שום באשעפעניש קען נישט טענה'ן‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה‪" :‬לִ ְפנֵּ י ה' ִּת ְט ָּׁהר ּו" – דער אויבערשטער אליין וועט אייך רייניגן‪,‬‬ ‫ווייל ער וועט טענה'ן פאר אייךיג‪.‬‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫גלייבן אז דער טאג איז מכפר‬ ‫הרה"ק רבי לייגעלע אייגער זי"ע שרייבט‪ :‬דער הייליגער באשעפער האט אונז‬ ‫געגעבן דעם הייליגן טאג יום כיפור‪ ,‬אונז צו רייניגן פון אלע עבירות און זינד‪.‬‬ ‫התשובה רק שיש עוונות שאינם ידועים כלל לאדם אם חטא והם שדש בעקביו ואינו יודע‬ ‫להתוודות עליהם ולא להתחרט כראוי א"כ איך נמחלים אבל ביה"כ גם זה נמחל כמ"ש את‬ ‫הגלוים לנו ואת שאינם גלוים לנו לפניך הם גלוים וידועים וז"ש שימחול אפי' העוונות שהם‬ ‫רק לפני ה' ואינם גלוים לנו הכל ימחול ויסלח כנ"ל‪.‬‬ ‫יג וזל"ק (זרע קודש‪ ,‬מועדים‪ ,‬ערב יום הכיפורים)‪ :‬גם ביהכ"פ הקב"ה בעצמו ממליץ וטוען עבור ישראל‬ ‫והוא יודע לטעון מה שאין כל ברי' יודעת אפי' הכסא כבוד וז"ש לפני ה' תטהרו שית"ש‬ ‫בעצמו יטעון עבורינו‪.‬‬ ‫‪ -‬כד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫א מענטש דארף דאס אריינווארצלען טיף אין זיין נפש‪ ,‬צו גלייבן מיט א שטארקע‬ ‫אמונה און בטחון‪ ,‬אז פונקט ווי יעדער יום טוב האט א באשטימטע קדושה‪ ,‬אזוי האט‬ ‫אויך דער טאג יום כיפור א באשטימטע קדושה‪ ,‬וואס איז אריינגעלייגט אין דעם טאג‬ ‫פאר אלע דורות ‪ -‬אז דער טאג רייניגט פון אלע עבירות‪.‬‬ ‫דורכדעם וואס מען ווערט גערייניגט פון אלע עבירות‪ ,‬ווערט דער מענטש אויך פטור‬ ‫פןן אלע שוועריגקייטן וואס ער האט געהאט תשובה צו טון‪ ,‬ווייל דאס אלעס איז‬ ‫געקומען צוליב זיינע עבירות‪ ,‬און דורכדעם וואס די עבירות זענען אפגעווישט געווארן‬ ‫וועט ער מער נישט האבן קיין שום אפהאלט פון תשובהיד‪.‬‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫יום כיפור ווערן אלע שלעכטס איבערגעדרייט צו גוטס!‬ ‫הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע שרייבט‪ :‬דורך דעם כח פון יום כיפור ווערן אלע‬ ‫'דינים' און שלעכטס איבערגעדרייט צו 'חסדים' און גוטס‪ ,‬און אלע עבירות ווערן‬ ‫איבערגעדרייט צו מצוות‪ ,‬אזויווי מיר זעען‪ ,‬אז אום יום כיפור‪ ,‬איז די רויטע פאדים‬ ‫געווארן איבערגעדרייט צו ווייס‪.‬‬ ‫יד וזל"ק (תורת אמת‪ ,‬שבת שובה‪ ,‬תרל"ח)‪ :‬וע"ז אמר ג"כ ישעיה הנביא (בקפיטיל נ"ז שהוא הפטרת יוה"כ)‬ ‫הרימו מכשול מדרך עמי‪ ,‬כי ע"ז זיכה אותנו הש"י את יום הכפורים לטהר אותנו מכל חטא‬ ‫ועון‪ ,‬כש"כ כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם וגו'‪ ,‬וצריך זאת לקבוע בנפשו באמונה‬ ‫שלימה ובבטחון על הש"י‪ ,‬שכמו שנקבעו כל המועדים בקדושתם‪ ,‬פסח זכר ליציאת מצרים‪,‬‬ ‫וכן כולם‪ ,‬כן נקבע בקדושת יום כזה לדורות לכפר ולטהר אותנו מכל חטא ועון‪ ,‬וממילא יהיה‬ ‫מסולק כל מיני מכשולים שהיה בסבת החטא‪ ,‬ולא יהיה עוד שום מניעה מלשוב עד ה'‪.‬‬ ‫‪ -‬כה ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫דעריבער זאגט מען סוף יום כיפור זיבן מאל דעם פסוק‪" :‬ה' הוא האלקים"‪ ,‬די כוונה‬ ‫איז‪ ,‬אז די אלע דינים [וואס קומען פון דעם שם 'אלקים'] זענען פארוואנדלט געווארן‬ ‫פאר חסדים [וואס קומען פון דעם שם הוי"ה]טו‪.‬‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫יום כיפור באקומט יעדער איד כח תשובה צו טון!‬ ‫הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע זאגט‪ :‬עס איז דא א שיטה אין חז"ל (שבועות יג‪ ,).‬אז‬ ‫יום כיפור איז נאר מכפר פאר די וואס טוען תשובה‪ ,‬אויב אזוי איז דאך שווער לויט‬ ‫דער שיטה‪ ,‬עס שטייט דאך קלאר אין פסוק (ויקרא טז‪ ,‬ל)‪" :‬כי ביום הזה יכפר עליכם"‪,‬‬ ‫אז דער אויבערשטער וועט מכפר זיין אויף אונזערע עבירות‪ ,‬און עס שטייט נישט קיין‬ ‫שום תנאי‪ ,‬אז מען דארף תשובה טון?!‬ ‫אלא מאי מוז מען זאגן‪ ,‬אז די קדושה פון דעם טאג יום כיפור העלפט אויך אויף דעם‬ ‫אליין‪ ,‬אז אלע אידן זאלן דעמאלטס תשובה טון פון טיפעניש פון הארץ‪ ,‬און דורכדעם‬ ‫וועט יום כיפור מכפר זיין‪ .‬קומט אויס‪ ,‬אז יום כיפור וועט טאקע מכפר זיין פאר‬ ‫אלעמען‪ ,‬ווייל ס'איז זיכער‪ ,‬אז יעדער איד טוט תשובה אום יום כיפורטז‪.‬‬ ‫טו וזל"ק (תורת אמת‪ ,‬שבת שבין יוה"כ לסוכות‪ ,‬תרכ"ח‪ ,‬סעודה שניה)‪ :‬ולזה הוא הופעת החסדים ממה‬ ‫שנכללו כל הדינים ונכללו בימינא‪ ,‬וזה ע"י כח יוה"כ כידוע‪ ,‬מהלשון של זהורית שהיה מלבין‪,‬‬ ‫כמו שנאמר אם יהיו חטאיכם כשנים כשלג ילבינו‪ ,‬שהוא סוד עוונות נעשו זכיות‪ ,‬וזהו ג"כ‬ ‫שאנו אומרים בגמר חתימת נעילה של יוה"כ ז' פעמים ה' הוא האלקים‪ ,‬היינו שנכללו כל‬ ‫בחינת הדינים‪ ,‬ונעשה מהם הופעת החסדים שמאירים בסוכות‪.‬‬ ‫טז וזל"ק (תורת אמת‪ ,‬סוכות‪ ,‬תרמ"ג‪ ,‬יום ראשון‪ ,‬ד"ה יום)‪ :‬כמו שנאמר (ישעי' ו י) ושב ורפא לו ושב מרמז‬ ‫על קדושת יום הכפורים כידוע שאפילו למ"ד שאין יום הכפורים מכפר בלא תשובה עכ"פ‬ ‫הלא כתיב מפורש (ויקרא טז ל) כי ביום הזה יכפר עליכם בלי שום תנאי אלא וודאי בהכרח לומר‬ ‫‪ -‬כו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫געדענק! ביז א יאר ארום וועט נישט זיין נאך א יום כיפור!‬ ‫ִּכי ַב ּיוֹ ם ַה ֶ ּזה יְ ַכ ּ ֵּפר ֲע ֵּל ֶ‬ ‫יכם לְ ַט ֵּהר ֶא ְת ֶכם ִמ ּכֹל‬ ‫יכם ִל ְפנֵּ י ה' ִּת ְט ָּׁהר ּו (ויקרא טז‪ ,‬ל)‬ ‫ֹאת ֶ‬ ‫ַח ּט ֵּ‬ ‫ווייל אין דעם טאג [יום כיפור] וועט דער אויבערשטער מכפר‬ ‫זיין אויף אייך‪ ,‬אייך צו רייניגן פון אלע אייערע עבירות‬ ‫"כי ַב ּיוֹ ם ַה ֶ ּזה" – אויב א מענטש וועט זיך‬ ‫דער הייליגער ייטב לב זי"ע טייטשט‪ִּ :‬‬ ‫פארשטעלן‪ ,‬אז ער האט נאר דעם איינציגן טאג אין וואס ער געפינט זיך‪ ,‬דאן איז‬ ‫ָ‬ ‫יכם" – דער אויבערשטער וועט‬ ‫ֹאת ֶ‬ ‫יכם לְ ַט ֵּהר ֶא ְת ֶכם ִמ ּכֹל ַח ּט ֵּ‬ ‫זיכער אז‪" :‬יְ ַכ ּ ֵּפר ֲעלֵּ ֶ‬ ‫"ל ְפנֵּ י ה' ִּת ְט ָּׁהר ּו" – ס'איז זיכער אז ער וועט‬ ‫מכפר זיין אויף אלע זיינע עבירות‪ ,‬ווייל ִ‬ ‫זיך רייניגן אין דעם טאג פארן אויבערשטן‪ ,‬ווייל ער ווייסט אז ער האט נאר דעם‬ ‫איינציגן טאג צו עוסק זיין אין תשובה ומעשים טובים‪.‬‬ ‫אודאי און אודאי אז אין דעם הייליגן טאג‪ ,‬דעם פארכטיגן יום כיפור וואס קומט צו‬ ‫גיין‪ ,‬דארף מען זיכער טראכטן אזוי‪ ,‬אז מיר האבן נאר דעם איינעם טאג‪ ,‬ווייל מיר‬ ‫וועלן טאקע נישט האבן נאך אזא טאג ביז דעם קומענדיגן יום כיפור‪ ,‬א יאר ארום‪,‬‬ ‫אויב אזוי דארפן מיר צולייגן הארץ און נשמה זיך צו רייניגן און תשובה טון ווי ס'דארף‬ ‫צו זיין‪ ,‬און דורכדעם וועט דער אויבערשטער זיכער אפווישן אלע עבירותיז‪.‬‬ ‫שעיצומו של יום מועיל גם לזה שכל ישראל רוצים אז לשוב באמת מעומקא דלבא ועי"ז יוה"כ‬ ‫מכפר עליהם [וזהו ושב בהחלט שבוודאי שב]‪.‬‬ ‫יז וזל"ק (ייטב פנים‪ ,‬תוכחות מוסר לי"ג מידות ויו"כ‪ ,‬אות ל"ג)‪ :‬וז"ש כי ביום הזה‪ ,‬ר"ל אם יחשוב שאין לו‬ ‫כי אם היום הזה שעומד בו יכפר עליכם כי באותו יום בודאי לפני ה' תטהרו דאם לא עכשיו‬ ‫‪ -‬כז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫אנהויב יום כיפור דארף מען שטיין מיט א צעבראכנקייט‪,‬‬ ‫און במשך גאנץ יום כיפור דארף מען זיין פרייליך‬ ‫יכם ְּב ִת ְש ָּׁעה‬ ‫יתם ֶאת נַ ְפש ֵֹּת ֶ‬ ‫ַש ַּבת ַש ָּּׁבתוֹ ן ה ּוא לָּׁ ֶכם וְ ִע ִּנ ֶ‬ ‫לַ ח ֶֹדש ָּּׁב ֶע ֶרב ֵּמ ֶע ֶרב ַעד ֶע ֶרב ִּת ְש ְּבת ּו ַש ַּב ְּת ֶכם (כג‪ ,‬לב)‬ ‫דער טאג [יום כיפור] זאל זיין א גענצליכער רואונג‪-‬טאג פאר אייך‪ ,‬און איר זאלט‬ ‫זיך פייניגן [צו פאסטן] אין דעם ניינטן טאג פון דעם חודש אין אוונט‪ ,‬פון דעם‬ ‫אוונט ביז דעם קומענדיגן אוונט [פון דעם צענטן טאג] זאלט איר רוען אייער רואונג‬ ‫חז"ל זאגן (ראש השנה‪ ,‬ט‪ ,).‬אז די ווערטער "בתשעה לחודש בערב" קומען צו לערנען‪,‬‬ ‫אז ערב יום כיפור אין אוונט‪ ,‬דארף מען צולייגן א שטיקל צייט פון די וואכן טעג אויף‬ ‫יום כיפור‪.‬‬ ‫דער הייליגער ייטב לב זי"ע טייטשט‪ :‬מען זעט בחוש‪ ,‬אז אין דער צייט וואס מען‬ ‫הייבט אן פאסטן‪ ,‬פארנאכט פון ערב יום כיפור‪ ,‬פאלט א ציטער און א טרייסל אויף‬ ‫יעדן איד‪ ,‬און יעדער שטייט פארן באשעפער מיט א פחד און א מורא‪ ,‬מיט א צעבראכן‬ ‫הארץ און א טרויעריג געמיט‪ ,‬און אלע זענען זיך מתוודה מיט א ביטערניש‪ ,‬און דאן‬ ‫איז אונז דער אויבערשטער מקבל אויף דעם אופן‪.‬‬ ‫אבער תיכף נאכן זאגן כל נדרי‪ ,‬דאן שטייט מען אויף מיט א פרייליך הארץ‪ ,‬און מען‬ ‫זאגט מיט א שמחה די ברכה פון 'שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה'‪ ,‬און מיט דעם‬ ‫כו'‪ .‬וכל שכן שיש לחשוב כן ביום הקדוש והנורא הבא לקראתינו לשלום הוא יוה"כ שאחריה‬ ‫לא יהיה כמוהו עד יוה"כ הבא בשנה שאחר זה וכבר כתיב דרשו ה' בהמצאו וגו' על כן אחינו‬ ‫בני ישראל שימו אל לבבכם הדברים הנאמרים ושובו אל ה'‪.‬‬ ‫‪ -‬כח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫אלעם איז דער אויבערשטער מכפר דעם גאנצן טאג‪ ,‬אפילו מיר שטייען מיט א פרייליך‬ ‫הארץ במשך רוב טאג‪.‬‬ ‫"ש ַּבת ַש ָּּׁבתוֹ ן ה ּוא ָּׁל ֶכם" – דער טאג פון יום הקדוש‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪ַ :‬‬ ‫יכם ְּב ִת ְש ָּׁעה‬ ‫יתם ֶאת נַ ְפש ֵֹּת ֶ‬ ‫זאל זיין פאר אייך‪ ,‬א טאג פון מנוחה און שמחה‪" ,‬וְ ִע ִּנ ֶ‬ ‫לַ ח ֶֹדש ָּּׁב ֶע ֶרב" – איר זאלט זיך פייניגן [צו זיין מיט א אנגעצויגנקייט‪ ,‬ביטערניש‪ ,‬און‬ ‫פחד]‪ ,‬נאר אין דעם צייט וואס מען איז מוסיף צו יום כיפור‪ ,‬ערב יום כיפור פארנאכט‪,‬‬ ‫"מ ֶע ֶרב ַעד ֶע ֶרב ִּת ְש ְּבת ּו ַש ַּב ְּת ֶכם" – תיכף פון ווען‬ ‫ווען מען הייבט אן פאסטן‪ ,‬אבער ֵּ‬ ‫עס ווערט אמת'דיג נאכט פון יום כיפור אליין‪ ,‬ביז מוצאי יום כיפור‪ ,‬זאלט איר רוען‬ ‫מיט א שמחה און א מנוחה פונקט ווי שבת און יום טוביח‪.‬‬ ‫יח וזל"ק (ייטב פנים‪ ,‬תוכחות מוסר לי"ג מידות ויו"כ‪ ,‬אות מ')‪ :‬ובגמרא ר"ה דף ט' ע"א ועניתם את‬ ‫נפשותיכם בתשעה יכול בתשעה תלמוד לומר בערב יכול משתחשך ת"ל בתשעה הא כיצד‬ ‫מתחיל ומתענה מבעוד יום מלמד שמוסיפין מחול על הקודש אין לי אלא יום הכפורים‬ ‫שבתות מנין ת"ל תשבתו יום טוב מנין ת"ל שבתכם‪ .‬והנה העין רואה ותעיד כי באותה שעה‬ ‫בעיוה"כ שמוסיף מחול על הקודש שמתחיל להתענות והולך לבית הכנסת להתפלל אז תפול‬ ‫אימה ופחד על עם הישראלי וחיל ורעדה יאחזון וקמים לפני קונם בלב נשבר ורוח עצב וכל‬ ‫אחד מתוודה בלב מר‪ ,‬ואז הקב"ה חותר חתירה ומקבלו בבתי גואי‪ .‬אמנם אחר שאומר כל‬ ‫נדרי אז עומד בלב שמח שהרי מברך ברכת שהחיינו וקיימנו וגו' שאין מברכין אלא על דבר‬ ‫ששמח בו וזה שאמר הכתוב על יוה"כ שבת שבתון הוא לכם ר"ל שהוא לכם בחינת שבת‬ ‫שהוא יום שביתה ומנוחה ושמחה ועניתם את נפשותיכם [בעינוי נפש ורוח עצב ופחד]‬ ‫בתשעה לחדש בערב היינו כפירוש הגמרא בשעה שמוסיף מחול על הקודש ומתחיל‬ ‫להתענות אבל אחר זה מערב משתחשך ממש עד ערב ביציאתו תשבתו שבתכם ר"ל תנוחו‬ ‫במנוחה ושמחה כמו בשבת ויום טוב‪ .‬ובכל זאת עצם היום מכפר כל היום כולו הגם שעומד‬ ‫בלב שמח בבחינת בתי בראי וז"ש (ויקרא טז ל) כי ביום הזה יכפר עליכם וגו' לפני ה' תטהרו‬ ‫ר"ל לפני ה' בבתי בראי תטהרו‪.‬‬ ‫‪ -‬כט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫תשובה ברענגט צו אהבה און שמחה‬ ‫דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע זאגט‪ :‬דער פסוק זאגט (משלי כח‪ ,‬יג)‪" :‬ומודה ועוזב‬ ‫ירוחם" [און דער וואס איז זיך מודה אויף זיינע זינד‪ ,‬און ער לאזט אפ זיינע עבירות –‬ ‫ער וועט באקומען א השפעה פון רחמנות]‪ ,‬דאס איז מרמז‪ ,‬אז א איד וואס טוט‬ ‫תשובה און ער איז זיך מתוודה וועט אים דער אויבערשטער ליב האבן ("ירוחם" איז א‬ ‫לשון פון ליבשאפט‪ ,‬אזויווי (שבת כג‪' :):‬רחים רבנן')‪ ,‬און ווען דער אויבערשטער וועט אים‬ ‫ליב האבן‪ ,‬וועט ער אויטאמאטיש שוין אויך זוכה זיין צו שפירן אן אהבה צום‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬און א שמחה מיטן אויבערשטן‪ ,‬ווייל דער אויבערשטער וועט אים משמח‬ ‫זייןיט‪.‬‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫דער וואס לערנט תורה איז פונקט ווי דער כהן גדול בשעת די עבודה!‬ ‫הרה"ק רבי צדוק הכהן מלובלין זי"ע זאגט‪ :‬דער כהן גדול ווערט אנגערופן אין גמרא‬ ‫מס' יומא‪ ,‬במשך די גאנצע סדר פון יום הקדוש‪ ,‬מיטן נאמען 'אישי כהן גדול'‪ .‬דער‬ ‫טעם דערפון איז‪ ,‬ווייל 'אשי' איז א לשון פון 'פייער'‪ ,‬און דער כהן גדול איז דאן געווען‬ ‫ממש ווי א שטיק פייער‪ ,‬ווי א נשמה אן קיין גוף‪.‬‬ ‫יט וזל"ק (זכרון זאת‪ ,‬תהלים‪ ,‬עה"פ "יגמלני ה' כצדקי")‪ :‬עוד י"ל דכתיב מזמור לתודה כו'‪ ,‬דהנה החוזר‬ ‫בתשובה ומתודה כתיב ומודה ועוזב ירוחם לשון רחים רבנן כי הקב"ה אוהב אותו ממילא בא‬ ‫לו ג"כ אהבה לו ית' כי הקב"ה משמחו כי הוא רופא לשבורי לב ומחבש לעצבותם‪.‬‬ ‫‪-‬ל‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫נאך די לעצטע מאל וואס דער כהן גדול ווערט אנגערופן מיט דעם נאמען (יומא עא‪,).‬‬ ‫איז די גמרא ממשיך‪ ,‬אז דער פסוק (משלי ח‪ ,‬ד)‪" :‬אליכם אישים אקרא" גייט ארויף‬ ‫אויף תלמידי חכמים‪ ,‬ווייל די תלמידי חכמים וואס זענען דבוק אין די תורה זענען אויך‬ ‫פונקט ווי א פייער‪ ,‬ווייל זיי רעדן ארויס מיט זייער מויל‪ ,‬די ווערטער פונעם באשעפער‬ ‫אליין כביכול‪ ,‬און די דיבורים וואס זיי זאגן‪ ,‬איז פונקט ווי א מלאך פונעם אויבערשטן‪,‬‬ ‫ווייל דאס איז א שליח פון דעם אויבערשטן וואס רוהט אין זייער הארץ‪ ,‬דעריבער‬ ‫זענען זיי אויך א בלויזע נשמה פונקט ווי דער כהן גדולכ‪.‬‬ ‫‪ -‬יא ‪-‬‬ ‫דער ריכטיגער בליק אויף אידן בעלי עבירה‬ ‫דער הייליגער שם משמואל זי"ע זאגט‪ :‬ס'איז באקאנט‪ ,‬אז דער עיקר עבודה פון יום‬ ‫הקדוש איז געווען די קטורת‪ .‬די קטורת איז געווען צוזאמגעשטעלט פון עלף מינים‪,‬‬ ‫צען פון זיי האבן פארמאגט א גוטע ריח און די עלעפטע איז געועון 'חלבנה' וואס האט‬ ‫פארמאגט א שלעכטן ריח‪ ,‬די צען זענען מרמז אויף צען מדריגות פון אידן‪ ,‬און די‬ ‫'חלבנה' איז מרמז אויף די בעלי עבירות פון כלל ישראל‪ .‬אויב מען צעמאלט גוט אלע‬ ‫צען מינים‪ ,‬דאן קען די 'חלבנה' אויך אריינגיין צווישן זיי‪ ,‬און מ'וועט אים אויך מקריב‬ ‫כ וזל"ק (פרי צדיק‪ ,‬ערב יום הכיפורים‪ ,‬ג‪ ,‬ז)‪ :‬ומטעם זה נקרא הכה"ג בכל סדר היום 'אישי כהן גדול'‬ ‫שהוא מלשון אש שאז היה הכה"ג אש אוכלה אש נשמתא בלא גופא ולכן בפעם האחרון‬ ‫שהוזכר מצאו בשוק לכהן גדול אמר לו אישי כהן גדול עשיתי שליחותך כו' איתא שם אחר‬ ‫כך דרשת הגמרא אליכם אישים אקרא אלו תלמידי חכמים הרוצה לנסך יין וכו' דהת"ח‬ ‫נקראו אישים שמדברים דברי פי ה' והדיבורים הם מלאך ה' שליח הלב שהוא הקב"ה השוכן‬ ‫בלבם כמו שכתוב צור לבבי וחלקי וגו'‪.‬‬ ‫‪ -‬לא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫זיין אין קדשי קדשים‪ .‬דאס איז מרמז‪ ,‬אז נאר אויב אלע גרופעס פון כלל ישראל האלטן‬ ‫זיך אינאיינעם‪ ,‬דאן קען מען אויך מתקן זיין די בעלי עבירה‪ ,‬אבער אויב ס'איז נאכנישט‬ ‫דא קיין ריכטיגע אחדות צווישן כלל ישראל‪ ,‬קען מען נישט ארייננעמען די זינדיגע‪,‬‬ ‫ווייל זיי וועלן נאר חרוב מאכן‪.‬‬ ‫די הלכה איז‪ ,‬אז ערב יום כיפור דארף מען נאכאמאל צעמאלן די קטורת‪ ,‬כדי דאס‬ ‫זאל זיין גאר גאר דין‪ .‬דאס איז מרמז‪ ,‬אז כדי צו קענען מאכן אחדות צווישן אלע‬ ‫סארטן אידן‪ ,‬דארף זיך יעדער אביסל צעשטויסן זיין אייגענע גאוה‪ ,‬און זיין גרייט זיך‬ ‫צו אראפלאזן צו יענעם‪ ,‬און נאר דורכדעם וואס מען צעשטויסט זיך‪ ,‬ווערט‬ ‫אויפגעלאכטן די פנימיות'דיגע ליכטיגקייט פון די אידישע נשמה‪ ,‬און ווען עס שיינט‬ ‫די ליכטיגקייט פון די נשמה איז נישט שייך קיין מחלוקת‪ ,‬ווייל דארט איז יעדער איינס‪.‬‬ ‫לכאורה איז דער גאנצער ענין פון אחדות נאר שייך צווישן די ערליכע אידן‪ ,‬וואס זיי‬ ‫דארפן ארויפקוקן און שעצן די מעשים פון זיין חבר‪ ,‬אבער ביי די 'חלבנה'‪ ,‬ביי די‬ ‫פושעי ישראל‪ ,‬איז נישט שייך דעם ענין‪ ,‬ווייל מען טאר נישט שעצן און פארענטפערן‬ ‫זייערע שלעכטע מעשים חלילה‪ ,‬פארקערט‪ ,‬מען דארף פאר'מיאוס'ן און זיך‬ ‫דערווייטערן פון די נישט גוטע מעשים‪.‬‬ ‫אבער דער ריכטיגער וועג וויאזוי מען דארף צוגיין צו די זינדיגע אידן קען מען מסביר‬ ‫זיין מיט א משל‪ ,‬צו א מענטש וואס האט געהאט א גוטער חבר‪ ,‬וואס ער איז געווען‬ ‫גאר נאנט מיט אים‪ ,‬און איין טאג איז דער חבר קראנק געווארן‪ ,‬און ער איז אראפ פון‬ ‫זינען רחמנא ליצלן‪ ,‬און ער שלאגט אלע זיינע ארומיגע‪ ,‬ער צעברעכט זייערע‬ ‫פענסטער'ס‪ ,‬און אזוי ווייטער‪ ,‬וועט דען דער מענטש פיינט האבן זיין חבר אדער אים‬ ‫פרובירן צו שלעכט טון און פארשעמען?! זיכער אז נישט! פונקט פארקערט‪ ,‬ער וועט‬ ‫‪ -‬לב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫ווערן פול מיט רחמנות געפילן אויף אים‪ ,‬און ער וועט זיך אנשטרענגען וויפיל ער קען‪,‬‬ ‫אוועקצונעמען פון אים דער בזיון‪ ,‬און ער וועט פרובירן אים אויסצוהיילן מיט אלע‬ ‫זיינע מעגליכקייטן‪.‬‬ ‫דאס זעלבע דארף זיין אונזער בליק ווען מיר זעען א איד וואס האט געזינדיגט חלילה‪,‬‬ ‫ווייל איינער וואס טוט אן עבירה איז פונקט ווי ער איז חלילה אראפ פון זינען (זע סוטה‬ ‫ג‪ ,).‬אבער באמת איז ער דאך א טייער אידיש קינד‪ ,‬וואס יעדער איד דארף אים ליב‬ ‫האבן‪ ,‬און עס וועט נאך קומען א טאג וואס ער וועט תשובה טון און ווערן‬ ‫אויסגעהיילט‪ ,‬דעריבער דארף מען אויפוועקן ביי זיך א רחמנות אויף אים‪ ,‬און ווי מער‬ ‫ער איז אראפ פון אידישן וועג‪ ,‬דארף מען נאכמער רחמנות האבן אויף אים‪.‬‬ ‫דאס איז גאר א ריכטיגע עצה צו קענען זוכה זיין צו אהבת ישראל‪ ,‬און ליב האבן יעדן‬ ‫איינציגן איד‪ ,‬אפילו איינער וואס האט אים מצער געווען‪ ,‬און אים געשעדיגט‪ ,‬ווייל‬ ‫ער זאל זיך מתבונן זיין‪ ,‬אז דאס איז ממש ווי א שגעון ווייל יענער האט פארלוירן זיין‬ ‫שכל‪ ,‬אז ער טוט שלעכטס פאר א איד‪ ,‬און דאס איז פונקט ווי יענער וואס צעברעכט‬ ‫די פענסטערס פון זיין גוטן פריינט‪ ,‬דעריבער דארף מען אויפוועקן א רחמנות אויף‬ ‫יענעם אפילו אין דער זעלבער צייט וואס יענער טוט אים שלעכטסכא‪.‬‬ ‫כא וזל"ק (שם משמואל‪ ,‬ערב יוה"כ‪ ,‬תרע"ג)‪ :‬עיקר עבודת יוה"כ היא הקטורת כידוע‪ ,‬וקטורת היא‬ ‫מלשון קישור ויש בה י"א סמנים‪ ,‬עשרה טובים וחלבנה‪ ,‬ועשרה הטובים המעלים ריח טוב‬ ‫הם רומזים לעשר כתות ישראל המפורשין בריש פ' נצבים‪ ,‬והם נעשים דקה מן הדקה‪ ,‬שהכל‬ ‫נעשה אחד ממש‪ ,‬ואז גם החלבנה יכולה לבוא עמהם באגודה לפני ולפנים‪ ,‬אבל כל עוד שאין‬ ‫התאחדות לגמרי בין כשרי ישראל‪ ,‬בלתי אפשר לצרף עמהם את החלבנה‪ ,‬כי גורם עוד יותר‬ ‫לעשות פירוד בין הדבקים‪ ,‬וזה ידוע ומפורסם‪ ,‬והנה מחזירים אותם למכתשת בעיוה"כ כדי‬ ‫להיות דקה מן הדקה והוא רומז שלעשות התאחדות בין הכלל הוא רק ע"י כתישה‪ ,‬שכל‬ ‫‪ -‬לג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪ -‬יב ‪-‬‬ ‫די געוואלדיגע שמחה וואס יעדער איד שפירט נאך יום כיפור‬ ‫דער הייליגער שם משמואל זי"ע זאגט‪ :‬אזויווי בכלליות איז דער אויבערשטער מוחל‬ ‫די עבירות פון כלל ישראל‪ ,‬אזוי איז אויך יעדער איד פערזענליך זוכה צו א ריין הארץ‪.‬‬ ‫אפילו אויב דער מענטש שפירט דאס נישט‪ ,‬דארף ער דאס אבער גלייבן מיט אן‬ ‫אמונה שלימה‪ ,‬און אויב גלייבט ער נישט אז יום כיפור איז מכפר‪ ,‬איז יום כיפור טאקע‬ ‫נישט מכפר פאר אים (רמ"א סי' תרז‪ ,‬ו)‪ .‬נאר דער אמת איז‪ ,‬אז דער שורש פון זיין נשמה‬ ‫אחד כותש את עצמו ומסיר ממנו את קליפת הגסות רוח‪ ,‬וכעין שאיתא בזוה"ק האי אעא‬ ‫דלא סליק בי' נהורא מבטשין לי'‪ ,‬גופא דלא סליק בי' נהורא דנשמתא מבטשין לי'‪ ,‬וע"י‬ ‫הביטוש והכתישה מאיר אור הנשמה ושם באמת כל ישראל הכל אחד‪ ,‬אך כ"ז היא‬ ‫ההתאחדות בין כשרי ישראל‪ ,‬שיוכשר בעיניו דרכו של רעהו ומעשיו‪ ,‬ומובן שזה לא יתכן‬ ‫בחלבנה להחליק בעיניו מעשיו ח"ו‪ ,‬אדרבה צריך להמאיס בעיניו המעשים שלא טובים‬ ‫בתכלית המיאוס ולא יתכן כאן שום ויתור‪ .‬אך העצה היעוצה להמשיל בעיניו את החלבנה‬ ‫לאיש שהי' לו אוהב נאמן דבק מאח‪ ,‬ויהי היום והנה אותו האוהב חלה ויצא מדעתו ח"ו והוא‬ ‫מכה לכל הקרוב אליו ושובר את החלונות‪ ,‬היתכן להאיש לשנוא אותו או לדרוש רעתו או‬ ‫בזיונו‪ ,‬אדרבה הלוא מתמלא עליו רחמים ומשתדל בכל עוז למנוע ממנו הבזיון‪ ,‬ולהבריא‬ ‫אותו בכל מה דאפשר‪ ,‬כן יהי' בעיני איש הנלבב כל החוטא כאמרם ז"ל אין אדם חוטא אלא‬ ‫א"כ נכנס בו רוח שטות‪ ,‬והוא ממש כמו היוצא מדעת ח"ו‪ ,‬והלא הוא איש ישראלי אוהב‬ ‫דבק מאח לכל הכלל כולו‪ ,‬ועוד היום כשישוב יתרפא כי לא ידח ממנו נדח‪ ,‬ע"כ יש לעורר‬ ‫עוד בלבבו רחמנות עליו‪ ,‬ואם הרחיק ללכת מכלל ישראל הקדושים עוד יותר תגדל הרחמנות‬ ‫עליו‪ ,‬ובאמת זה עצה נכונה לבוא לאהבת ישראל‪ ,‬אפי' לאיש שהוא עושה לו רעה בפועל‬ ‫ממש בגופו או בממונו‪ ,‬כי ישום אל לבו שזה הוא ענין שגעון ממש שיוצא מדעתו לעשות‬ ‫רעה לאחיו הישראלי‪ ,‬והוא כמו הנ"ל שיצא מדעתו ח"ו ושובר את החלונות של אוהבו בנפש‪,‬‬ ‫ויש לעורר רחמנות עליו אף בעת ובעונה שהוא עושה עמו רעה ח"ו‪ ,‬והדברים נכונים למבין‪.‬‬ ‫‪ -‬לד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫איז זיכער געווארן ריין‪ ,‬אבער יעדער איד דארף אליין ארבעטן‪ ,‬אריינצונעמען די טהרה‬ ‫טיף אין זיין הארץ‪ ,‬ס'זאל נישט בלייבן נאר אין זיין שורש נשמה‪.‬‬ ‫דאס איז דער טעם פארוואס מוצאי יום כיפור גייט ארויס א בת קול‪ ,‬וואס רופט אויס‪:‬‬ ‫"לך אכול בשמחה לחמך" [גיי עס דיין ברויט מיט שמחה] (קהלת רבה‪ ,‬ט; זע תוספות‬ ‫יומא פז‪ ,):‬וויל נאכדעם וואס מען ווערט ריין פון די עבירות קומט מען צו שמחה‪.‬‬ ‫כ'האב שוין דערמאנט דעם ענין עטליכע מאל‪ ,‬אז ווען מען ווערט ריין פון עבירות‪,‬‬ ‫קומט מען צו שמחה‪ ,‬און מ'קען זען א קלארע ראיה דערויף‪ ,‬פון דעם וואס אלע אידן‬ ‫שפירן א געוואלדיגע שמחה מוצאי יום כיפור‪ ,‬ווייל יעדער איד איז געווארן ריין אין‬ ‫זיין שורש נשמה‪ ,‬נאר אוודאי איינער וואס ממשיך געווען אויף זיך די טהרה אין זיין‬ ‫הארץ‪ ,‬איז נאך פרייליכער‪ ,‬און לויט וויפיל מען איז ממשיך אין זיך די טהרה‪ ,‬און מען‬ ‫רייניגט זיך פון שלעכטס‪ ,‬אזוי איז מען זוכה צו שמחה‪.‬‬ ‫אויב א מענטש שפירט נישט קיין שום שמחה אין זיין הארץ‪ ,‬איז דאס א סימן אז ער‬ ‫האט בכלל נישט אריינגענומען אין זיין הארץ די טהרה‪ ,‬אבער דער שורש פון זיין‬ ‫נשמה איז זיכער געווארן ריין‪ ,‬נאר ער דארף זיך גאר שטארק אנשטרענגען אין די טעג‬ ‫אריינצונעמען אין זיך ‪ -‬די טהרהכב‪.‬‬ ‫כב וזל"ק (שם משמואל‪ ,‬מוצאי יוה"כ‪ ,‬תרע"ח)‪ :‬וכמו שבכלל ישראל כן בפרט כל איש נטהר לבו‪ ,‬ואף‬ ‫אם עדיין אינו מרגיש‪ ,‬מ"מ יש להאמין באמונת אומן שכן הוא בשורש נשמתו‪ ,‬והאינו מאמין‬ ‫שיוהכ"פ מכפר שוב אין יוהכ"פ מכפר‪ ,‬אלא שצריכין להמשיך הטהרה למטה לתוך לבו ממש‪,‬‬ ‫וזהו הבת קול שיוצאת במוצאי יוהכ"פ לך אכול בשמחה לחמך‪ ,‬כי אחר הטהרה והכפרה‬ ‫באה שמחה‪ ,‬כאמרם ז"ל מנחות (כ'‪ ).‬כפרה ושמחה‪ ,‬וברש"י שם דמי שנתכפר חטאו שמח‪,‬‬ ‫וכמו שפירש כ"ק אבי אדמו"ר זצללה"ה הכתוב (תהלים נ"א) תגלנה עצמות דכית‪ ,‬היינו‬ ‫שטהרת‪ ,‬שלשון טהור מתורגם דכי‪ ,‬וכבר הזכרתי זה הרבה פעמים‪ ,‬וזה סימן מובהק במוצאי‬ ‫‪ -‬לה ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪ -‬יג ‪-‬‬ ‫יום כיפור – א טאג פון שמחה פארן אויבערשטן!‬ ‫דער הייליגער תנא דבי אליהו זאגט‪ :‬יום כיפור איז א ספעציעלער טאג פארן‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬דער אויבערשטער פריידט זיך כביכול אויסטערליש אין דעם טאג‪ ,‬און‬ ‫ער האט געגעבן דער טאג פאר כלל ישראל מיט א גרויסע אהבה‪.‬‬ ‫דאס איז צוגעגליכן צו א קעניג‪ ,‬וואס זיינע קנעכט פלעגן ארויסטראגן די מיסט‪ ,‬און‬ ‫דאס ווארפן אין פארנט פון דעם טיר פונעם קעניג‪ ,‬און יעדעס מאל ווען דער קעניג‬ ‫איז ארויסגעגאנגען‪ ,‬און ער האט געזען די מיסט‪ ,‬האט ער זיך געפריידט א גרויסע‬ ‫שמחה‪.‬‬ ‫דאס זעלבע איז מיט יום כיפור‪ ,‬אז דער אויבערשטער האט דאס געגעבן פאר די אידן‬ ‫מיט א גרויסע ליבשאפט און מיט א גרויסע שמחה‪ ,‬ווייל אלעמאל ווען דער‬ ‫אויבערשטער איז מוחל די עבירות פון כלל ישראל פריידט ער זיך כביכול א גרויסע‬ ‫שמחהכג‪.‬‬ ‫יוהכ"פ שמתעוררת שמחה בכל אחד מישראל‪ ,‬ובוודאי איש שמשך תיכף הטהרה לתוך לבו‬ ‫ממש‪ ,‬תגדל השמחה ביותר‪ ,‬ולפי מסת המשכת הטהרה לתוך לבו ובירור מהפסולת‪ ,‬כן היא‬ ‫השמחה‪ ,‬ואם איננו מתעורר כלל בשמחה‪ ,‬זה סימן שעדיין לא נמשך הטהרה ובירור הפסולת‬ ‫ללבו ממש‪ ,‬אף ששורש הנשמה בודאי נתברר‪ ,‬וצריך להתאמץ מאד באלו הימים להמשיך‬ ‫לתוך לבו ממש‪.‬‬ ‫כג תנא דבי אליהו (פרק א)‪ :‬ימים יוצרו ולא אחד בהם זה יום הכפורים לישראל לפי שהיתה‬ ‫שמחה גדולה לפני הקב"ה שנתנו באהבה רבה לישראל משלו משל למה הדבר דומה למלך‬ ‫בשר ודם שהיו עבדיו ובני ביתו מוציאין את הזבלים ומשליכין אותו כנגד פתח בית המלך‬ ‫‪ -‬לו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪ -‬יד ‪-‬‬ ‫אז דו וועסט זיך אנשטרעגען א קלייניקייט‪ ,‬וועסטו זוכה זיין צו אסאך סייעתא דשמיא!‬ ‫הגה"צ רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל זאגט‪ :‬חז"ל זאגן (שיר השירים ה‪ ,‬ג)‪ :‬אז דער‬ ‫אויבערשטער פאדערט פון אונז בלויז צו טון א קלייניקייט‪ ,‬און עפענען א קליינע‬ ‫עפענונג ווי די עפענונג פון א נאדל‪ ,‬און ער וועט אונז עפענען א טיר ווי די עפענונג‬ ‫פון א פאלאץ‪.‬‬ ‫דאס לערנט אונז‪ ,‬אז דער איינציגסטער וועג וויאזוי מיר קענען זוכה זיין צו א סייעתא‬ ‫דשמיא‪ ,‬אז דער אויבערשטער זאל אונז עפענען די טיר צו קענען תשובה טון ווי‬ ‫ס'דארף צו זיין‪ ,‬איז דורכדעם וואס מיר וועלן עפעס טון פון אונזער זייט‪ ,‬אפילו א‬ ‫קלייניקייט‪ ,‬און דאן וועלן מיר זוכה זיין צו הויפענעס פון סייעתא דשמיא‪ ,‬אבער אויב‬ ‫וועלן מיר גארנישט טון‪ ,‬קענען מיר נישט באקומען קיין הילף פון אויבןכד‪.‬‬ ‫וכשהמלך יוצא ורואה את הזבלים הוא שמח שמחה גדולה‪ .‬לכך נדמה יום הכפורים שנתנו‬ ‫הקב"ה באהבה רבה ובשמחה‪ .‬ולא זו בלבד אלא בשעה שהוא מוחל לעונותיהן של ישראל‬ ‫אין מתעצב בלבבו אלא שמח שמחה גדולה לכך נאמר כה אמר ה' אלהים להרים ולגבעות‬ ‫לאפיקים ולגאיות וגו' (יחזקאל לו‪ ,‬ד) באו ושמחו שמחה גדולה שאני מוחל להם לעונותיהם של‬ ‫ישראל‪.‬‬ ‫כד אור יחזקאל (ימים נוראים‪ ,‬תשכ"ט‪ ,‬י)‪ :‬פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח‬ ‫כפתחו של אולם (שיר השירים רבה ה ג) הדרך היחידה שבה נזכה לסייעתא דשמיא שהקב"ה‬ ‫יפתח לנו פתח לשוב בתשובה שלימה היא בעשיה עצמית של פתח קטן אפילו כחודו של‬ ‫מחט וכבר נתבאר שהקב"ה נקרא מלך עוזר וביאור הגדר עוזר שבשעה שמתעורר ומתחזק‬ ‫מעצמו אזי הקב"ה יעזרהו אבל כשמעצמו אינו מתעורר לא יוכל לקבל עזרה מן השמים‪.‬‬ ‫‪ -‬לז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪ -‬טו ‪-‬‬ ‫תפילה סימבאליזירט אמונה!‬ ‫הגה"צ רבי יחזקאל לעווינשטיין זצ"ל זאגט‪ :‬ווען א מענטש שטעלט זיך דאווענען‪,‬‬ ‫בויעט ער אויף דערמיט זיין אמונה‪ .‬ווייל תפילה איז איין שטיק אמונה‪ ,‬אז ער‬ ‫פארשטייט‪ ,‬אז ער איז אנגעהאנגען אינעם אויבערשטן‪ ,‬און ער איז מתפלל צו אים‪,‬‬ ‫אויף אלע זיינע עניינים‪ ,‬און דורכדעם וואס א מענטש איז מתפלל וועט געשטארקט‬ ‫ווערן זיין אמונה‪.‬‬ ‫ווען אלע וועלן זיך שטארקן אין דעם ענין פון תפילה‪ ,‬וועלן מיר זיכער זוכה זיין צו‬ ‫ביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמןכה‪.‬‬ ‫‪ -‬טז ‪-‬‬ ‫טראכט מער פונעם עתיד ווי פונעם עבר!‬ ‫דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע זאגט‪ :‬וואס פארדינט דען דער אויבערשטער פון‬ ‫דעם וואס א מענטש טראכט און פארטיפט זיך אין זיינע עבירות וואס ער האט געטון‪,‬‬ ‫כה אור יחזקאל (ימים נוראים‪ ,‬תש"ל‪ ,‬ו)‪ :‬התפילה מהוה אף חיזוק לאמונה שהרי התפילה כולה‬ ‫אמונה שעומד ומבקש מאת ד' שיעזרהו בכל דרכיו וכיון שמבקש מאת ד' הרי בזה גופא‬ ‫תתחזק אמונתו ובעת שכל הציבור כולו יתחזק בתפילה הרי אית בי' קידוש השם ובשכר זאת‬ ‫נזכה כולנו לביאת משיח צדקנו בקרוב‪.‬‬ ‫‪ -‬לח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫אין די צייט וואס ער טראכט איבער זיין עבר קען ער דאך אריינכאפן צו טון גוטע‬ ‫זאכן‪ ,‬וואס וועלן אויפבויען דעם מלכות שמים‪.‬‬ ‫דעריבער‪ ,‬זע צו אפלאזן שלעכטס‪ ,‬זיך אוועקצובייגן פון שלעכטס‪ ,‬נישט טראכטן פון‬ ‫שלעכטס‪ ,‬נאר פארקערט‪ ,‬טון גוטס‪ ,‬און אויב מען האט געטון אסאך עבירות זאל מען‬ ‫טון אנשטאט דעם אסאך מצוות‪.‬‬ ‫א מענטש דארף מחליט זיין ביי זיך מיט א פעסטקייט פאר יום כיפור‪ ,‬אז ער איז גרייט‬ ‫אפצולאזן זיינע עבירות‪ ,‬און ער זאל דאס אפמאכן מיט א קלארע יישוב הדעת פון‬ ‫טיפעניש פון הארץ‪ ,‬אן קיין איבריגע מחשבות‪ ,‬נאר מיט א פעסטע קבלה אויף‬ ‫ווייטער‪.‬‬ ‫מען דארף זאגן די 'על חטא' שנעל‪ ,‬און זיך נישט פארטיפן צופיל דערין‪ ,‬נאר דער‬ ‫עיקר זאל מען משקיע זיין אין די שטיקלעך וואס רעדן פון אויפבויען דעם 'מלכות‬ ‫שמים'‪ ,‬ווי 'ותמלוך אתה ה' לבדך'כו‪.‬‬ ‫כו וזל"ק (חידושי הרי"ם‪ ,‬ליוה"כ)‪ :‬כן חטא לא חטא מה יש להקב"ה מזה ובזמן שהוא חושב על זה‬ ‫הריהו יכול להיות נוקב מרגליות ושיהי' משהו מזה למלכות שמים לכן סור מרע הפנה עצמך‬ ‫מרע אל תהרהר ברע עשה טוב עשית חבילות עבירות עשה מצות כנגדן היום לפני יום‬ ‫כפורים צריכים להרגיש את עזיבת החטא עם ישוב הדעת מעומקא דליבא לא ע"י התפעלות‬ ‫רק קבלה בלב על העתיד ולהיות בשמחה לומר על חטא במהירות ולא לשקוע בהם רק‬ ‫בותמלוך אתה ה' לבדך‪.‬‬ ‫‪ -‬לט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪ -‬יז ‪-‬‬ ‫דער אויבערשטער האט שוין פריי געמאכט דער וועג‪ ,‬אז דו זאלסט קענען תשובה טון‬ ‫יך ש ּו ָּׁבה ֵּאלַ י ִּכי גְ ַא ְל ִּת ָּׁ‬ ‫יך (ישעיה מד‪ ,‬כב)‬ ‫ֹאות ָּׁ‬ ‫יתי ָּׁכ ָּׁעב ּ ְפ ָּׁש ֶע ָּׁ‬ ‫יך ְו ֶכ ָּׁענָּׁ ן ַח ּט ֶ‬ ‫ָּׁמ ִח ִ‬ ‫[דער אויבערשטער זאגט‪ ]:‬איך האב אויסגעמעקט דיינע זינד ווי א דיקער‬ ‫וואלקן [וואס ווערט אוועקגעבלאזן מיט די ווינט]‪ ,‬און דיינע עבירות ווי א‬ ‫דינער וואלקן‪ ,‬קער זיך אום צו מיר‪ ,‬ווייל איך האב דיר שוין אויסגעלייזט‬ ‫יתי ָּׁכ ָּׁעב‬ ‫הרה"ק רבי משה קאברינער זי"ע טייטשט‪ :‬דער אויבערשטער זאגט‪ָּׁ " :‬מ ִח ִ‬ ‫יך" – איך האב‬ ‫ֹאות ָּׁ‬ ‫ּ ְפ ָּׁש ֶע ָּׁ‬ ‫יך" – איך האב אפגעמעקט די גראבע עבירות‪ְ " ,‬ו ֶכ ָּׁענָּׁ ן ַח ּט ֶ‬ ‫שוין אויך אפגעמעקט די שוואכערע עבירות [וואס זענען געגליכן ווי א דינע‬ ‫וואלקן]‪" ,‬ש ּו ָּׁבה ֵּאלַ י" – קום שוין צו מיר‪ִּ " ,‬כי גְ ַא ְל ִּת ָּׁ‬ ‫יך" – ווייל ס'איז מער נישטא‬ ‫קיין מחיצה וואס איז מפסיק צווישן אונז‪ ,‬ווייל איך האב דיר שוין אויסגעלייזט פון‬ ‫אלע עבירות‪ ,‬און יעצט בעט איך דיר נאר די איינע זאך‪ ,‬אז דו זאלסט זיך‬ ‫דערנענטערן צו מירכז‪.‬‬ ‫כז אמרות משה (ליוה"כ)‪ :‬הגה"ח רבי ישראל שמעון קסטלניץ ז"ל חזר על מאמר ששמע‬ ‫מהרה"ק הבית אברהם ז"ל במוצאי יוהכ"פ בשם מרן ז"ל על הפסוק מחיתי כעב פשעיך‬ ‫וכענן חטאותיך שובה אלי כי גאלתיך (ישעי' מד כב)‪ .‬ואמר הקדוש ברוך הוא אומר מחיתי‬ ‫כעב מחיתי את העבירות העבות די גראבע עבירות וכענן חטאתיך מחיתי כבר גם את‬ ‫העבירות שהם רק בבחינת ענן שובה אלי קום שוין צו מיר שהרי אין כבר מסך‬ ‫המבדיל בינינו כי גאלתיך שגאלתי אותך מכל העוונות ועתה אני מבקש ממך רק‬ ‫שתתקרב אלי‪.‬‬ ‫‪-‬מ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫‪ -‬יח ‪-‬‬ ‫די מחילת עוונות ווענדט זיך לויט דיין 'רצון'!‬ ‫דער הייליגער בעל התניא זי"ע זאגט‪ :‬דער באדייט פון 'מוחל זיין' איז‪ ,‬אז יענער ווייזט‬ ‫ארויס אז ער איז באוויליגט פון אים‪ .‬אזויווי מען זעט‪ ,‬אז ווען א מענטש האט מצער‬ ‫געווען דעם צווייטן בעט ער אים מחילה‪ ,‬אפילו אויב ער ווייסט אז יענער וועט אים‬ ‫גארנישט צוריקטון‪ ,‬ווייל ער וויל אז יענער זאל נישט זיין ברוגז אויף אים‪ ,‬און יענער‬ ‫זאל זיין באוויליגט פון אים‪ ,‬און אים ליב האבן‪.‬‬ ‫אט דאס איז אונזער כוונה מיט די אלע בקשות וואס מיר בעטן פונעם אויבערשטן אז‬ ‫ער זאל אונז מוחל זיין‪ ,‬דער ציל פון דעם אלעם איז‪ ,‬אז ער זאל מגלה זיין פאר אונז זיין‬ ‫הייליגער 'רצון'‪ ,‬און ער זאל זיין באוויליגט צו אונז‪.‬‬ ‫דער גאנצער 'רצון' פון השי"ת כביכול איז אנגעהאנגען אין דעם מענטש‪ ,‬לויט וויפיל‬ ‫דער מענטש איז מבטל זיין גאנצער רצון צום אויבערשטן דא אויף דער וועלט‪ ,‬און ער‬ ‫בענקט צום אויבערשטן מיט אן אמת'ן רצון‪ ,‬אזוי איז דער אויבערשטער מגלה פאר‬ ‫אים זיין הייליגער 'רצון'‪.‬‬ ‫עס זענען דא אסאך מדריגות וויאזוי א מענטש קען זיך מבטל זיין זיין רצון צום‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬און לויט דעם איז אויך דא אסאך מדריגות פון די 'מחילת עוונות'‪ ,‬וויפיל‬ ‫דער אויבערשטער איז מגלה זיין רצון צו אים‪ .‬די העכסטע מדריגה פון אונזער רצון‬ ‫צום אויבערשטן איז‪ ,‬אז א מענטש זאל גלייבן אז ס'איז נאר דא איין באשעפער‪ ,‬וואס‬ ‫קיינער קען נישט האבן קיין השגה אין אים‪ ,‬און ער געפינט זיך איבעראל‪ ,‬און צוליב‬ ‫‪ -‬מא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫האזינו ויום הכיפורים‬ ‫דעם זאל ער גענצליך מבטל זיין זייו רצון צום אויבערשטן פון טיפעניש פון הארץ‪ ,‬ביז‬ ‫ער וועט נישט האבן קיין שום אנדערע רצון אויף דער וועלט‪ ,‬ער וועט נאר גלוסטן‬ ‫צום אויבערשטן אליין‪ ,‬און דורכדעם וועט ער מעורר זיין דעם רצון פונעם אויבערשטן‪,‬‬ ‫אז ער זאל מעורר זיין אויף אים דער העכסטער סארט רצון‪ ,‬און די גרעסטע מדריגה‬ ‫פון מחילת עוונותכח‪.‬‬ ‫‪‬‬ ‫כח וזל"ק (ליקוטי תורה‪ ,‬האזינו‪ ,‬ד)‪ :‬ולכן אומרים ביום כפור סלח לנו כי הסליחה היא התגלות הרצון‬ ‫וכמשל אדם שמבקש מחבירו מחילה אפילו אם יודע שלא יעשה לו מאומה אעפ״כ אינו רוצה‬ ‫שיהיה ברוגז עמו וענין הרוגז הוא הפיכת הרצון רק רוצה שיטה רצונו אליו כך אנו מבקשים‬ ‫ומתפללים סלח לנו שיתגלה בחי׳ רצון העליון (ועד״ז נקרא התפלה צלותא דפי׳ צלותא כמו אצלי ודוך שהוא‬ ‫לשון הטייה שיטה כביכול להיות גילוי רצון העליון ב״ה וכמ״ש מזה ע״פ תבנה ותכונן עיר סיחון)‪ .‬וזהו סלחתי כדבריך‬ ‫כלומר כמו שאתה מבקש כפי אתערותא דלתתא כך אתערותא דלעילא‪ .‬וכדרך שאדם מבטל‬ ‫רצונו למטה מחשוכא לנהורא כי הכל תלוי ברצון וכל מחשבות האדם ושכלו ומדותיו‬ ‫מתנהגים עפ״י הרצון כך מתגלה אליו רצון העליון ב״ה כי אית רצון ואית רצון כנ״ל‪ .‬וזהו‬ ‫המרבה לסלוח שיש רבות מדרגות בסליחה לכל אחד ואחד כפי אשר הכין לבו והנה המדרגה‬ ‫היותר נעלה בביטול הרצון באתעדל״ת הוא בחי׳ רעותא דליבא ופנימיות הלב מחמת דעת‬ ‫ה׳ וכל מאמינים שהוא לבדו הוא ולית מחשבה תפיסא ביה כלל ובשמים ממעל ועל הארץ‬ ‫מתחת אין עוד‪ .‬ואי לזאת אין לו שום רצון וחפץ זולתו וכמ״ש דוד המלך ע״ה מי לי בשמים‬ ‫וגו׳ וסלחתי כדבריך כתיב שכך יתעורר מלמעלה שיתגלה רצון העליון ב״ה כמ״ש אם יהיו‬ ‫חטאיכם כשנים כשלג ילבינו אם יאדימו כתולע כצמר העליון יהיו וכמ״ש ושער רישי׳ כעמר‬ ‫נקא וזו היא בחי׳ תשובה של יום הכפורים‪.‬‬ ‫‪ -‬מב ‪-‬‬