עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — האזינו - שבת תשובה (2026-09-14)

זה השער לד'
צדיקים יבאו בו
דברי תורה אין אידיש
בדרכי העבודה והחסידות
עוﬥﬨ
ארויסגענומען פונעם
ספר
מועﬢ
מאת
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
ממונקאטש
יום הכיפורים
ארויסגעגעבן דורך:
תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש
בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א
5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219
צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול
דאס צו באקומען אין אימעיל,
שרייבט אייך איין בייTTTB5202@gmail.com :
עולת שבת -מונקאטש ב
תוכן המאמרים:
" ֲֲאָבָל ֲעֲֹונֹות ֲאֲבֹוֵתֵ ינּו ֶהֶ ֱח ֱִִריבּו ָָנֶוֶהְ ,וְ ַחַ ֹּט ֹאֵתֵ ינּו ֶהֶ ֱא ֱִִריכּו
ִִקּצֹוֲֲ ,אָבָל ִזְִכְ רֹון ְְּדָב ִִָרים ְְּתֵהֵ א ְסְ ִלִ יָחָ ֵתֵ נּו" ,כשאנו קוראים
בסדר העבודה ומעלים על לבנו את כל סדר העבודה
כראוי ,נחשב לנו כאילו עתה הבית על מכונו והכהן הגדול
עומד ומשרת .וכבר אמרו חז"ל (שיר השירים רבה פ"ד
יא)'" :ונשלמה פרים שפתינו' -מה נשלם תחת פרים
ותחת שעיר המשתלח? שפתינו".
אמנם תפילת הכהן הגדול אינה בכלל עבודת הקרבנות,
ועל כן אנו אומריםְּ" :כְ מֹו ֶׁשֶ ָּׁשָ ַמַ ְעְ ָּתָ ְְּתִפִ ַּלַת ֹּכ ֵֹהֵ ן ָּגָדֹול ַּבֵַהֵ יָכָל
ְּכְ מֹו ֵכֵן ִמִ ִּפִ ינּו ִִּתְׁשְ ַמַ ע ְוְ תֹוִׁשִ יַעַ ".
ְׁשְ לֹוֵמֵ י ִז ְְִקֵנֵי ָעָ ם ְוְ ַחַ ְכְ ֵמֵ י ֶאֶ ָחָ יו ַהַ ֹּכ ֹ ֲֲהִנִים ָּתָ ִמִ יד ְיְסֹוְבְ בּוהּו.
פרחי כהונה היו מעוררים את הכהן הגדול שלא יתנמנם,
ללמד שאחריות ילדי ישראל אין לה שיעור ,ולעולם אין
יכולת להתנמנם ממנה.
ַמַ ְׁשְ ִּבִ יִעִ ין אֹותֹו ְּבְ ִמִ י ֶׁשֶ ִּׁשִ ֵּכֵן ְׁשְ מֹו ַַּב ַַּבִיִת ַהַ ֶּזֶה.
הקטורת בקודש הקדשים היתה "כסות עינים" ,שלא יזונו
עיני הכהן הגדול מזיו כבוד שכינה הקדושה .וזה היה ניסיון
גדול :שלא יבקש לראות ולהוכיח ,אלא יאמין באמונה
ג יום הכיפורים
פשוטה שהשכינה שורה על הכפורת .ולכך חשדוהו שמא
צדוקי הוא ,עד שהשביעוהו "במי ששכן שמו בבית הזה".
ויש בזה קשר לקבלת התשובה ביום זה :כשאנו מאמינים
בבורא עולם ובביאת המשיח באמונה פשוטה ,מעוררים
שגם בשמים יאמינו בנו באמונה פשוטה ,במה שאנו
מתודים ומקבלים על עצמנו לשוב בתשובה שלימה לפניו
יתברך -כי "במדה שאדם מודד בה מודדין לו".
ִנְִכְ ַנַס ְלְ ֹק ֶֹדֶ ׁש ַהַ ֳּקֳָדָ ִׁשִ ים.
הכהן הגדול נכנס לקודש הקדשים לגלות את הרצון הפנימי
של ישראל ,שאין להם אלא לב אחד לאביהם שבשמים.
וכל מה שהאדם מבקש להשיג ,אפילו מדרגות בקדושה,
הוא בהכרח מצומצם לפי כוח השגתו ,אבל הרצון לעשות
רצון אבינו שבשמים ,שהוא אין סוף ברוך הוא ,אין לו גבול
וסוף .ואף שהמצוות חלוקות במעשיהן ,בבחינת "חבילות
חבילות של מצוות" ,כולן מחוברות בנקודה הזאת ,הרצון
לעשות רצונו יתברך.
עולת שבת -מונקאטש ד
סדר העבודה
ָּכָל ֵאֵ ֶּלֶה ִּבִ ְהְ יֹות ַהֵַהֵיָכָל ַעַ ל ְיְסֹודֹוָתָ יוּ ,וִמִ ְְקַּדַ ׁש
ַהַ ֹּק ֶֹדֶ ׁש ַעַ ל ְמְ כֹונֹוָתָ יוְ ,וְ ֹכ ֵֹהֵן ָּגָדֹול עֹוֵמֵ ד
ּוְמְ ָׁשָ ֵֵרתּ ,דֹורֹו ָָראּו ְוְ ָׂשָ ָמָ חּו...
אזוי זאגן מיר אין יום הכיפורים ביים סדר העבודה ,ווען מיר דערמאנען דעם בית המקדש
און שטעלן זיך פאר די גרויסע עבודה פונעם כהן גדול אין דעם הייליגן טאג.
דער בית המקדש שטייט אויף זיין ארט .אידישע קינדער וואוינען אין זייער לאנד .אלע
זענען פארזאמלט אין ירושלים עיר הקודש .די עזרה איז פול מיט אידן און כהנים ,יעדער
איינער אויף זיין פלאץ ,און דער כהן גדול שטייט און טוט די הייליגע עבודה ,חלק ביי חלק,
טריט ביי טריט.
ווען מען זאגט דעם סדר העבודה מיט ישוב הדעת און מען לייגט זיך אריין אין די ווערטער,
קען די גאנצע עבודה ווערן אזוי לעבעדיג ,אז מען שפירט ממש ווי מען איז דארט .מען
קען ממש זען פאר זיך ווי דער בית המקדש שטייט אויפגעבויט ,ווי דער כהן גדול גייט אט
אריין אין קודש הקדשים ,און ווי די גאנצע עבודה ווערט אפגעראכטן מיט די גרעסטע
פונקטליכקייט ,בקדושה ובטהרה.
אבער דאן קומען די ווערטער:
ֹאֵתינּו ֶֶה ֱֱא ִִריכּו ִִקּצֹו".
בֹוֵתינּו ֶֶה ֱֱח ִִריבּו ָנָ ֶוֶ הְ ,וְ ַַחֹּט ֵ
"ֲא ָָבל ֲֲעֹוֹנֹות ֲֲא ֵ
ֲ
"ֲא ָָבל" -ווערט אלעס געטוישט.
מיט איין ווארט ֲ -
ווייל דאס אלעס וואס מיר האבן יעצט אזוי לעבעדיג געהאט פאר זיך ,איז דאך נישט אזוי
היינט .דער בית המקדש שטייט נישט אויף זיין ארט ,די עזרה איז נישט פול מיט אידן און
כהנים ,און דער כהן גדול גייט נישט אריין אין קודש הקדשים.
בעוונותינו הרבים ,דער בית המקדש איז חרוב .מיר האבן נישט די קרבנות ,מיר זעהן נישט
די קטורת ,און מיר זענען נישט זוכה צו די הייליגע עבודת יום הכיפורים אין בית המקדש.
ה יום הכיפורים
און דאך ,איין זאך איז אונז געבליבן:
יָח ֵֵתנּו".
"ִזִ ְכְ רֹון ְְּד ָָב ִִרים ְְּת ֵֵהא ְְס ִִל ָ
ווען עס קומט יום הקדוש און מיר זאגן דעם סדר העבודה ,האבן מיר א גרויסע מתנה.
דער עצם זכרון פון די עבודה קען אונז אויפוועקן .ווען מיר לייגן זיך אריין אין די עבודה,
טראכטן איבער וואס דארט איז געווען ,און דערמאנען זיך וואס מיר האבן אמאל פארמאגט
און וואס עס פעלט אונז היינט ,קען דאס אונז אויפוועקן צו בענקשאפט און צו הרהורי
תשובה.
מיר בענקען און האפן ,און מיר בעטן דעם באשעפער :רבונו של עולם ,דאס האבן מיר
אמאל געהאט ,און דאס פעלט אונז אזוי שטארק אויס היינט .נעם אן אונזער תשובה ,זיי
אונז מוחל ,און העלף אונז אז מיר זאלן דאס אלעס צוריק האבן .און דאן "ִזִ ְכְ רֹון ְְּד ָָב ִִרים ְְּת ֵֵהא
יָח ֵֵתנּו".
ְְס ִִל ָ
נאך מער פון דעם .חז"ל זאגן אין מדרש רבה (שיר השירים פ"ד יא):
"אמרו ישראל לפני הקב"ה :רבונו של עולם ,אין לנו לשון זהורית ושעיר המשתלח .אמר
להם' :כחוט השני שפתותיך' (שיר השירים ד ,ג) -רחישת פיך חביבה עלי כחוט השני של
זהורית .רבי אבהו אמר' :ונשלמה פרים שפתינו' (הושע יד ,ג) -מה נשלם תחת פרים ותחת
שעיר המשתלח? שפתינו".
דאס איז פאר אונז אזא גרויסע חיזוק .טאקע ,מיר האבן היינט נישט דעם בית המקדש
בפועל ,נישט דעם כהן גדול און נישט די קרבנות .מיר קענען מער נישט טוהן די עבודה
אזוי ווי אמאל .אבער דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די מעגליכקייט ,מיט אונזערע
ליפן צו טוהן וואס מיר
קענען נישט טוהן מיט
אונזערע הענט. ווען א איד זאגט דעם סדר
"ונשלמה פרים שפתינו" - העבודה מיט פארשטאנד און
אונזערע ליפן קענען טוהן כיסופין ,ווערט דער זכרון
די עבודה.
ווען מיר זאגן דעם סדר
לעבעדיג ,און די ווערטער וואס
העבודה ,דערציילן מיר ער זאגט ברענגען ממש צוריק
נישט סתם וואס עס האט די עבודה פון יום הכיפורים.
פאסירט אמאל .מיר זאגן
נישט בלויז א זכרון פון וואס דער כהן גדול האט געטוהן ,נאר מיר טוען די עבודה מיט די
ווערטער וואס מיר זאגן .ווען א איד זאגט דעם סדר העבודה מיט פארשטאנד און כיסופין,
ווערט דער זכרון לעבעדיג ,און די ווערטער וואס ער זאגט ברענגען ממש צוריק די עבודה
פון יום הכיפורים.
עס איז ווי דער בית המקדש שטייט ווידער אויף זיין ארט ,דער כהן גדול שטייט ווידער
אין קודש הקדשים ,און די עבודת יום הכיפורים גייט פאר כסדרה ,חלק ביי חלק ,טריט ביי
טריט.
עולת שבת -מונקאטש ו
און דערפאר האבן מיר דא צוזאמגענומען אביסל פון די פילע דברי תורה וואס מיר האבן
געהערט מפה קדשו פון רבינו שליט"א בענין סדר העבודה ,און וואס זענען במשך די יארן
געשריבן און געדרוקט געווארן.
דער ציל פון דעם קונטרס איז צו זיין פאר אונז כאטש א קליינע הילף ביים זאגן דעם סדר
העבודה -צו פארשטיין אביסל בעסער וואס מיר זאגן ,צו שפירן אביסל מער די הייליגע
עבודה ,און דערמיט נתעורר ווערן צו תשובה ,צו עבודת ד' ,און צו אמת'ע צמאון צום בנין
בית מקדשנו ותפארתינו.
דער אייבערשטער זאל העלפן ,אז דורך די זכרון דברים וועלן מיר שוין זוכה זיין צו זעהן
מיט אונזערע אויגן דעם היכל על יסודותיו ,ומקדש הקודש על מכונותיו ,וכהן גדול עומד
ומשרת ,און די גאנצע עבודת יום הכיפורים כתיקונה וכהלכתה ,במהרה בימינו אמן.
ְְׁשלּוֵמֵ י ִז ְְִקֵנֵי ָעָ ם ְוְ ַחְַכְֵמֵ י ֶאֶ ָחָיו ַהַ ֹּכ ֹ ֲֲהִנִים ָּתָ ִמִ יד
ְיְסֹוְבְ בּוהּו ַעַ ד ּבֹוא יֹום ֶהֶָעָ ֹשֹֹור כו'.
ਪדי אחריות פאר אידישע קינדער
אין די משנה (יומא פ"א מ"ז) שטייט" :בקש להתנמנם ,פרחי כהונה מכין לפניו באצבע צרדה,
ואומרים לו :אישי כהן גדול ,עמוד והפג אחת על הרצפה ,ומעסיקין אותו עד שיגיע זמן
השחיטה".
אויב דער כהן גדול האט געוואלט איינדרימלען ,פלעגן די פרחי כהונה -די יונגע כהנים
-קלאפן פאר איהם מיטן פינגער און איהם זאגן" :אישי כהן גדול ,שטיי אויף און טרעט
אביסל אויף דער ערד" .אזוי האבן זיי איהם געהאלטן פארנומען און איהם נישט געלאזט
איינדרימלען ,ביז עס איז אנגעקומען די צייט פון שחיטה.
מען קען זאגן בדרך דרוש ,פארוואס דוקא די פרחי כהונה זענען געווען די וואס האבן
געהאט די אויפגאבע איהם אויפצוהאלטן פון שלאפן.
ווייל אין דעם הייליגן טאג יום הכיפורים איז די אחריות פון גאנץ כלל ישראל געלעגן אויף
די פלייצעס פונעם כהן גדול .ער האט געדארפט טוהן די עבודה פאר כלל ישראל ,און דורך
זיין עבודה זאלן אידישע קינדער באקומען זייער כפרה.
מען קען זיך פארשטעלן ,אז דער כהן גדול האט געקענט טראכטן :נאך זעקס טאג און
נעכט פון זיך צוגרייטן פאר יום הקדוש ,פון לערנען און זיך אויסלערנען יעדן פרט פון דער
ז יום הכיפורים
עבודה ,און נאכדעם וואס ער זעהט אז כלל ישראל האט תשובה געטוהן און איז גרייט
מארגן צו באקומען כפרה -איז דאך שוין אלעס גרייט .ער האט געטוהן וואס ער האט
געדארפט צו טוהן .אפשר קען ער שוין פאר א וויילע פארמאכן די אויגן און אביסל רוען.
דא קומען די פרחי כהונה און וועקן איהם אויף" :אישי כהן גדול ,שטיי אויף!".
ווייל ביי אידישע קינדערליך איז די ארבעט קיינמאל נישט פארטיג .אפילו אויב מען זעהט
אז די עלטערע זענען שוין מתוקן ,איז נאך אלץ דא א נייע דור ,יונגע קינדער וואס מען
דארף זיי אויפציען לתורה ,ליראת שמים און צו גוטע מידות .די אחריות פאר קינדער האט
נישט קיין שיעור ,און פון דעם עול קען מען זיך קיינמאל נישט ערלויבן איינצודרימלען.
ביי אן ערוואקסענעם קען מען אפשר קוקן וואס איז שוין געווארן פון זיי און זאגן :ברוך ד',
מיר האבן מצליח געווען .אבער ביי א קינד איז אלעס נאך אפן .מען ווייסט נאך נישט וואס
ער וועט ווערן .יעדע ווארט וואס מען זאגט איהם ,יעדע גוטע השפעה ,יעדע תפילה און
יעדע קליינע התעוררות האט אויף איהם אן השפעה אויף זיין גאנצן לעבן.
דערפאר קען מען ביי קינדער קיינמאל נישט זאגן :איך האב שוין גענוג געטוהן .מען קען
נישט אויפהערן זיך צו זארגן פאר זיי ,צו דאווענען פאר זיי און צו טראכטן וואס נאך
מען קען טוהן פאר זייער חינוך .יעדע תקופה ברענגט מיט זיך נייע באדערפענישן און
נייע נסיונות ,און עס איז אלעמאל דא וואס צו לערנען ,וואס צו מחזק זיין און וואס צו
פארבעסערן.
איך האב געהערט פון הרה"ח ר' חיים בער ז"ל ,דער משמש בקודש ביי כ"ק אא"ז אדמו"ר
בעל מנחת אלעזר זי"ע ,אז עטליכע מאל פלעגט כ"ק אא"ז זי"ע מקדים זיין און געבן שיריים
פאר א יונג קינד ,נאך פאר א מענטש וואס איז געווען עלטער אין יארן און גרעסער בתורה
ובחכמה .נאכדעם פלעגט ער מסביר זיין און זאגן" :פון אונז אלטע זעהט מען שוין וואס
ס'איז געווארן ,אבער פון די
יונגע קינדער קען נאך זיין ווען מען איז זיך מוסר נפש
עפעס."...
פאר א קינד ,איהם מחזק זיין
אין א יונג קינד ליגט נאך
דער גאנצער עתיד .מען
און איהם געבן די ריכטיגע
ווייסט נאך נישט וואס עס כוחות ,טוט מען נישט נאר
וועט ארויסקומען פון איהם, פאר דעם קינד וואס ער איז
און דערפאר איז יעדע
גוטע הדרכה פאר איהם
היינט ,נאר פאר דעם מענטש
אזוי טייער .ווען מען איז וואס ער קען נאך ווערן.
זיך מוסר נפש פאר א קינד,
איהם מחזק זיין און איהם געבן די ריכטיגע כוחות ,טוט מען נישט נאר פאר דעם קינד וואס
ער איז היינט ,נאר פאר דעם מענטש וואס ער קען נאך ווערן.
דאס איז אויך די טעם פארוואס דוקא די פרחי כהונה זענען געווען די וואס האבן נישט
געלאזט דעם כהן גדול איינדרימלען .זיי האבן איהם דערמאנט אז די אחריות איז נאך נישט
עולת שבת -מונקאטש ח
פארטיג .אפילו נאכדעם וואס כלל ישראל האט תשובה געטוהן און איז גרייט פאר יום
הקדוש ,איז נאך אלץ דא א נייע דור וואס ווארט אויף זיין חינוך און זיין עבודה.
די פרחי כהונה האבן איהם דערמאנט אז ווי לאנג עס זענען דא יונגע קינדער ,איז אלעמאל
דא וואס צו זארגן ,פאר וועמען צו דאווענען און וואס צו טוהן .פון דער אחריות קען מען
זיך קיינמאל נישט ערלויבן איינצודרימלען.
ַהִַּכִּפּוִרים ַׁשַ ֲח ֲִִרית ַמַ ְְׁשִּבִ יִעִ ין אֹותֹו ִ ְוְ ֶעֶ ֶֶרב יֹום
ְּבְ ִמִ י ֶׁשֶ ִּׁשִ ֵּכֵן ְׁשְ מֹו ַַּב ַַּבִיִת ַהַ ֶּזֶה ֶׁשֶ ֹּל ֹא ְיְַׁשַ ֶּנֶה ִמִ ָּכָל
ַמַ ה ֶּׁשֶ ָאְמְ רּו לֹו ֶׁשֶ ָּמָ א ֵיֵׁש ְּבְ ִלִ ּבֹו ַצַד ִמִ ינּות ,הּוא
ּפֹוְרִׁשִ ים
ּפֹוֵרׁש ּובֹוֶכֶה ַעַ ל ֶׁשֶ ֲחֲָׁשָ דּוהּוְ ,וְ ֵהֵם ְ ֵ
ֲָֹש�יו ְסְ תּוִמִ יםֶׁ ,שֶ ָּמָ א ּובֹוִכִים ֶׁשֶ ָחְָׁשְ דּו ְלְִמִ י ֶׁשֶ ַּמַ ֲע ָ
ֵאֵ ין ְּבְ ִלִ ּבֹו ְּכְלּום.
ਪדער נסיון פון אמונה פשוטה
אין די גמרא (יומא נג ,א) שטייט ,אז די צדוקים האבן געטייטשט דעם פסוק (ויקרא טז ,ב)
"כי בענן אראה על הכפורת" ,אז דער כהן גדול זאל אריינקומען אין קודש הקדשים מיט
דער קטורת שוין צוגעגרייט ,און דער רויעך זאל זיך דארט אויפהייבן .אבער חז"ל האבן
ארויסגעלערנט פונעם פסוק (שם יג) "ונתן את הקטורת על האש לפני ד'" ,אז דער כהן גדול
האט געדארפט לייגן די קטורת אויפן פייער אינעווייניג אין קודש הקדשים.
אבער די זאך איז גאר וואונדערליך .פארוואס האט מען אזוי שטארק חושד געווען דעם כהן
גדול ,ביז מען האט איהם געדארפט באשווערן דערויף?
רבינו בחיי (שם ב ,וסוף פרשת במדבר) ערקלערט ,אז דערפאר האט מען געדארפט מאכן די
קטורת יום הכיפורים דוקא אין קודש הקדשים" :כדי שיהיה לו כסות עינים ולא יזונו עיניו
מזיו הכבוד" .דער רויעך פון דער קטורת האט געדינט ווי א פארהאנג צווישן די אויגן
פונעם כהן גדול און דעם כבוד השכינה.
ט יום הכיפורים
ווען דער כהן גדול וואלט געטוהן ווי די צדוקים האבן געזאגט ,און די קטורת וואלט שוין
געווען צוגעגרייט אינדרויסן ,וואלט דער רויעך נישט אנגעפילט די קודש הקדשים ,און
דער כהן גדול וואלט געקענט זעהן דעם זיו הכבוד .אבער לויט ווי חז"ל האבן געלערנט,
האט ער געדארפט נעמען די קוילן און די קטורת מיט זיך אריין אין קודש הקדשים ,און
דארט אנצינדן די קטורת .דער רויעך האט דאן אנגעפילט די קודש הקדשים און פארדעקט
פון זיינע אויגן דעם כבוד השכינה.
און דא ליגט דער געוואלדיגער נסיון.
דער כהן גדול איז אריינגעקומען אין קודש הקדשים ,אין דעם איינציגסטן ארט אויף דער
וועלט וואו דער כבוד השכינה האט זיך אינגאנצן אנטפלעקט .ער וואלט געקענט זעהן מיט
זיינע אייגענע אויגן דעם כבוד השכינה -דעם גילוי אויף וואס אידישע קינדער האבן זיך
דורות לאנג מוסר נפש געווען אן עס צו זעהן.
אבער ער דארף נעמען די קוילן ,לייגן דערויף די קטורת ,און מאכן אז דער גאנצער קודש
הקדשים זאל ווערן אנגעפילט מיט רויעך .ער דארף אליין פארדעקן פון זיינע אויגן דעם
אור וואס ער האט יעצט פאר זיך -דעם גילוי וואס יעדער איד וואלט זיך געוואונטשן צו
זעהן.
דאס איז געווען דער נסיון :צו פארדעקן די אויגן און גלייבן.
ער האט געדארפט טוהן די עבודה פונקט אזוי ווי חז"ל האבן געלערנט ,און זיך פארלאזן
אויף אמונה פשוטה -אפילו ווען זיינע אויגן וואלטן איהם געקענט געבן א קלארע ראיה.
ער האט געדארפט גלייבן
אז די שכינה הקדושה רוהט
אויפן כפורת ,אפילו ער דער כבוד השכינה איז
זעהט עס נישט. געווען פאר זיינע אויגן.
דערפאר האט מען איהם פונדעסטוועגן האט ער
חושד געווען :אפשר איז געדארפט פארדעקן פון זיינע
ער א צדוקי און וועט נישט
זיין גרייט צו פארדעקן די
אויגן דאס וואס איז געווען
התגלות פון זיינע אויגן. פאר איהם ,און זיך פארלאזן
אפשר וועט ער וועלן אליין אויף אמונה פשוטה.
זעהן און זיך איבערצייגן אז
דארט רוהט טאקע די שכינה .און וויבאלד דער נסיון איז געווען אזוי גרויס ,האט מען איהם
געדארפט באשווערן דערויף.
און דאס איז אויך דער פשט פארוואס דער נוסח פון דער שבועה איז געווען דוקא" :במי
ששכן שמו בבית הזה" -ווייל די התגלות פונעם כבוד השכינה אין דעם בית איז געווען
דער עצם נסיון.
דער כהן גדול איז געשטאנען דארט ,און דער כבוד השכינה איז געווען פאר זיינע אויגן.
פונדעסטוועגן האט ער געדארפט פארדעקן פון זיינע אויגן דאס וואס איז געווען פאר
איהם ,און זיך פארלאזן אויף אמונה פשוטה.
עולת שבת -מונקאטש י
ਪבמדה שאדם מודד
דאס האט א שייכות אויך מיט תשובה און מיט די כפרה פונעם יום הקדוש.
דער רמב"ם (פ"ב מהלכות תשובה ה"ב) שרייבט אז איינער וואס טוט תשובה דארף "שיתנחם
על שעבר ,ויעיד עליו יודע תעלומות שלא ישוב לזה החטא לעולם" .ער דארף נישט נאר
חרטה האבן אויף וואס ער האט געטוהן ,נאר דער יודע תעלומות דארף מעיד זיין אויף
איהם אז ער וועט מער נישט צוריקקומען צו דער זעלבער עבירה.
ווען א מענטש לעבט מיט אמונה פשוטה אינעם בורא יתברך שמו ,און ער דארף נישט
אלעס זעהן און פארשטיין כדי צו גלייבן ,פועל׳ט ער דורכדעם אז אויך זיין תשובה
זאל אנגענומען ווערן מיט אמונה -ווען ער נעמט זיך אונטער אז ער וועט מער נישט
צוריקקומען צו דער עבירה ,גלייבט מען איהם אויף דעם זעלבן אופן.
אבער ווען א מענטש דארף אלעס חוקר ודורש זיין ,און ער גלייבט נאר נאכדעם וואס
ער האט זיך אליין איבערצייגט ,ווערט אויך זיין קבלה אויף תשובה געמאסטן אויף דער
זעלבער וועג .מען גלייבט איהם נאר נאך בדיקה וחקירה.
ווי חז"ל זאגן (סוטה ח ,ב)" :במדה שאדם מודד בה מודדין לו".
דאס קומט ארויס פון דער
עבודת הקטורת אין קודש
הקדשים :דער כהן גדול
מיר גלייבן אינעם בורא
איז געשטאנען דארט ,ווען עולם ,מיר גלייבן אין זיין
דער כבוד השכינה איז השגחה ,און מיר גלייבן אין
געווען פאר זיינע אויגן. ביאת המשיח .אפילו ווען
ער וואלט געקענט אליין
זעהן און זיך איבערצייגן,
אונזערע אויגן זעהן נאר
און פונדעסטוועגן האט ער הסתר ,האלטן מיר זיך צו דער
זיך פארלאזט אויף אמונה אמונה פשוטה.
פשוטה .דער כח פון אזא
אמונה איז געווארן א זכות פאר כלל ישראל ,אז זייער תשובה זאל קענען אנגענומען ווערן
ביום הכיפורים.
און היינט ,ווען מיר געפינען זיך אין דעם פינסטערן גלות ,אן דעם בית המקדש ,אן א כהן
גדול און אן די עבודת הקטורת ,מיר זעהן נישט די שכינה און מיר זעהן נישט די גאולה.
מיר ווייסן נישט ווען און ווי אזוי עס וועט מקוים ווערן אלעס וואס מיר בעטן און ווארטן
דערויף.
און דאך -מיר גלייבן.
מיר גלייבן אינעם בורא עולם ,מיר גלייבן אין זיין השגחה ,און מיר גלייבן אין ביאת המשיח.
אפילו ווען אונזערע אויגן זעהן נאר הסתר ,האלטן מיר זיך צו דער אמונה פשוטה.
אי יום הכיפורים
דאס לערנען מיר פון דער עבודת הכהן גדול :אז די עבודה פון א איד איז נישט אלעס
צו זעהן און פארשטיין .אמאל איז די גרעסטע עבודה דוקא נישט צו זעהן און זיך נישט
איבערצייגן .מען דארף פשוט גלייבן.
און אין יום הכיפורים ,ווען מיר שטייען און זענען זיך מתודה פארן אייבערשטן ,איז דער
כח פון אונזער אמונה -דאס וואס מיר גלייבן אן צו זעהן -א גרויסע זכות ,אז מען זאל
אויך גלייבן אונזערע ווערטער ווען מיר זאגן אז מיר ווילן תשובה טוהן און זיך באמת
צוריקקערן צום בורא עולם.
ִנְִכְ ַנַס ְלְ ֹק ֶֹדֶ ׁש ַהַ ֳּקֳָדָ ִִׁשים.
ਪלב אחד לאביהם שבשמים
אין מדרש (ויקרא רבה פכ"א ו) שטייט" :בזאת יבא אהרן" (ויקרא טז ,ג) .רבי יודן טייטשט דעם
פסוק אויפן כהן גדול ווען ער גייט אריין אין קודש הקדשים" :חבילות חבילות של מצות
יש בידו" -ער קומט אריין מיט פעקלעך אויף פעקלעך פון מצוות אין זיינע הענט ,און אין
זכות פון אידישע קינדער וואס ווערן אנגערופן "זאת" ,ווי עס שטייט (שיר השירים ז ,ח) "זאת
קומתך דמתה לתמר".
פארוואס ווערן אידישע קינדער צוגעגליכן צו א ׳תמר׳?
חז"ל זאגן (סוכה מה ,ב)" :מה תמר זה אין לו אלא לב אחד ,אף ישראל אין להם אלא לב אחד
לאביהם שבשמים" -אזוי ווי א תמר האט נאר איין הארץ ,אזוי אויך האבן אידישע קינדער
נאר איין הארץ צום טאטן אין הימל .דער פשט דערפון איז ,אז דער אמת'ער רצון וואס ליגט
אינעווייניג אין יעדן איד איז צו טוהן דעם רצון פונעם אייבערשטן .דאס איז דער "לב אחד
לאביהם שבשמים".
נאר דער רצון קען מען נישט אייביג זעהן ,און עס איז נישט אלעמאל אזוי קלאר .דער
"שאור שבעיסה" האלט איהם אמאל צוריק ,און דערפאר דערקענט מען נישט שטענדיג
וואס א איד וויל באמת .א מענטש קען אמאל אפילו אליין נישט שפירן וואס עס ליגט טיף
אין זיין הארץ.
אבער דער רצון איז דארט.
און דאס איז געווען א חלק פון דער עבודה פונעם כהן גדול ווען ער איז אריינגעגאנגען
אין קודש הקדשים :מגלה זיין דעם אמת'ן רצון פון כלל ישראל ,דעם רצון וואס ליגט
עולת שבת -מונקאטש בי
טיף אין זייער הארץ און
נשמה ,אין דער חלק אלוק
אינעווייניג אין יעדן איד ליגט
ממעל פון יעדן איד ,און עס דער זעלבער רצון -צו טוהן
ארויסצוברענגען מן הכח
אל הפועל.
דעם רצון פונעם אייבערשטן.
דערפאר זאגט דער פסוק "בזאת יבא אהרן" .ער קומט אריין מיט "זאת" -מיט כלל ישראל,
וואס ווערן צוגעגליכן צו א תמר ווייל זיי האבן נאר איין הארץ פאר זייער טאטן אין הימל.
און דאס איז געווען זייער זכות :אז אינעווייניג אין יעדן איד ליגט דער זעלבער רצון -צו
טוהן דעם רצון פונעם אייבערשטן.
ਪא רצון אן קיין גבול
דא ליגט נאך א טיפערע יסוד.
ווען א מענטש וויל עפעס משיג זיין ,אפילו ער וויל דערגרייכן א מדריגה אין קדושה ,איז
דאס געבונדן מיט זיין אייגענעם כח און השגה .ער איז א נברא מיט א גבול ,און דערפאר
קען ער זיך נאר פארשטעלן און שטרעבן צו זאכן וואס ער קען משיג זיין .ממילא זענען
אויך די מדריגות און השגות צו וועלכע ער קען שטרעבן ,באגרעניצט.
אבער ווען א מענטש וויל גארנישט פאר זיך ,נאר טוהן דעם רצון פונעם אויבערשטן ,איז
עס שוין עפעס אנדערש.
דער רצון פונעם אויבערשטן האט דאך נישט קיין גבול און נישט קיין סוף .און ווען דאס
איז דער גאנצער ציל פון א
מענטש -טוהן דעם רצון
פון אבינו שבשמים -ווערט
אפילו דער מענטש אליין
זיין אייגענער רצון פארבונדן איז באגרעניצט ,קען זיין
מיט אין סוף ברוך הוא. שטרעבונג גיין אן קיין גרעניץ.
דאס מיינט אז אפילו דער
מענטש אליין איז באגרעניצט ,קען זיין שטרעבונג גיין אן קיין גרעניץ ,ווייל ער וויל נישט
עפעס פאר זיך ,נאר טוהן דעם רצון פונעם אייבערשטן.
ਪחבילות חבילות של מצוות
מיט דעם קען מען פארשטיין וואס דער מדרש זאגט" :חבילות חבילות של מצות יש
בידו".
יעדע מצוה איז דאך אנדערש פון די אנדערע .תפילין איז נישט ציצית ,ציצית איז נישט
סוכה ,און סוכה איז נישט לולב .יעדע מצוה האט איר אייגענע עבודה און איר אייגענע
מעשה.
גי יום הכיפורים
אבער אינעווייניג זענען זיי אלע פארבונדן מיט איין זאך.
ווען א איד לייגט תפילין ,טוט ער דעם רצון פונעם אייבערשטן .ווען ער טוט אן די
ציצית ,טוט ער דעם רצון פונעם אייבערשטן .ווען ער זיצט אין סוכה ,נעמט לולב ,גיבט
צדקה ,לערנט תורה ,אדער טוט סיי וועלכע אנדערע מצוה -די מעשה איז יעדעס מאל
אנדערש ,אבער דער רצון אינעווייניג איז דער זעלבער :איך וויל טוהן דעם רצון פונעם
אויבערשטן.
דאס איז וואס דער מדרש לערנט אונז .די מצוות קומען "חבילות חבילות" -יעדע מצוה
באזונדער .אבער "בזאת יבא אהרן" :דורך דעם "זאת" ,דורך דעם איין הארץ פון כלל ישראל,
וואס וויל טוהן דעם רצון פון אבינו שבשמים ,ווערן אלע פארשידענע מצוות וואס ער טוט
צוזאמען איין עבודה .ווייל כאטש יעדע מצוה איז אנדערש ,קומט עס אלץ פון דעם זעלבן
רצון -טוהן דעם רצון פונעם בורא עולם.
ּוְבְ ֵכֵן ְּכְמֹו ֶׁשֶ ָּׁשָ ַמַ ְעְ ָּתָ ְְּתִפִ ַּלַת ֹּכ ֵֹהֵן ָּגָדֹול ַּבֵַהֵיָכָל
ְוְתֹוִׁשיַעַ כו'.
ִ ְּכְמֹו ֵכֵן ִמִ ִּפִ ינּו ִִּתְׁשְ ַמַ ע
ਪדי תפלה דארפן מיר אליין בעטן
אין סדר העבודה זאגן מיר" :זכרון דברים תהא סליחתנו" .ווי מיר האבן פריער גערעדט,
ליגט אין די ווערטער א גרויסע חיזוק :הגם מיר קענען היינט נישט מקריב זיין די קרבנות,
קענען מיר זיי דערמאנען
און איבערזאגן די גאנצע
סדר העבודה ,און דערמיט מיר קענען מיט אונזערע
ווערט מקוים "ונשלמה ווערטער טוהן די הייליגע
פרים שפתינו" -אונזערע
ליפן קענען ערזעצן וואס עבודה .אבער אויף די תפילה
מיר קענען נישט טוהן מיט וואס דער כהן גדול האט
אונזערע הענט.
געדאווענט אין היכל ,איז
אבער דא איז דא א חילוק.
נישט דא דער זעלבער כח פון
די קרבנות קענען מיר
דערמאנען .מיר קענען זאגן "ונשלמה פרים שפתינו".
עולת שבת -מונקאטש די
דעם גאנצן סדר העבודה ,דערציילן אלעס וואס דער כהן גדול האט געטוהן ,און מיט
אונזערע ווערטער טוהן די הייליגע עבודה .אבער די תפילה וואס דער כהן גדול האט
געדאווענט אין היכל,
נאכדעם וואס ער איז שוין
ארויס פון קודש הקדשים
יעצט איז די צייט צו עפענען
און ארויסגעגאנגען פון דאס הארץ פארן אייבערשטן.
אונטער דעם פרוכת - צו בעטן אויף סליחה ,מחילה
אויף דעם אליין איז נישט
דא דער זעלבער כח פון וכפרה ,אויף סייעתא דשמיא,
"ונשלמה פרים שפתינו". אויף אלע ברכות און ישועות,
די תפילה איז געווען אויף זיך אליין און אויף די
זיין אייגענע תפילה ,און משפחה ,אויף כלל ישראל,
דערפאר דארפן מיר אונזער
תפילה אליין זאגן און אליין און אז דער כבוד מלכות
בעטן. שמים זאל זיך אנטפלעקן
דאס גיבט אונז א אויף דער וועלט.
געוואלדיגע געלעגנהייט
אין יום הקדוש .נאכדעם וואס מיר זענען דורכגעגאנגען דעם גאנצן סדר העבודה און מיר
האבן זיך פארגעשטעלט די עבודה פונעם כהן גדול ,קענען מיר זיך אפשטעלן און בעטן אן
אייגענע תפילה.
מיר זאגן" :ובכן ,כמו ששמעת תפלת כהן גדול בהיכל ,כמו כן מפינו תשמע ותושיע ,יהי
רצון מלפניך."...
יעצט איז די צייט צו עפענען דאס הארץ פארן אייבערשטן .צו בעטן אויף סליחה ,מחילה
וכפרה ,אויף סייעתא דשמיא ,אויף אלע ברכות און ישועות ,אויף זיך אליין און אויף די
משפחה ,אויף כלל ישראל ,און אז דער כבוד מלכות שמים זאל זיך אנטפלעקן אויף דער
וועלט.
און מיר קענען דאס בעטן מיט אמונה פשוטה ,גלייבנדיג אז דער אויבערשטער הערט
אונזערע תפילות ,און ער נעמט זיי אן מיט דער זעלבער רחמים און אהבה מיט וועלכן ער
האט אנגענומען די תפלה פון דעם כהן גדול.
.
וט יום הכיפורים
נקודות למעשה בעבודת ד'
היוצאות מן המאמר:
•לא לראות את חינוך הילדים והדורות הבאים
כדבר שכבר אפשר להניח לו ,אלא להתעורר תמיד
לראות מה עוד ניתן לפעול בהם.
•לגלות את הרצון הפנימי לעשות רצון אבינו
שבשמים ,שהרי באמת "אין להם אלא לב אחד
לאביהם שבשמים" ,ולחזק בתוכנו את הרצון
הטהור הזה.
•שיהא כל מעשינו מכוונים לעשות רצון אבינו
שבשמים ,וכל המצוות והמעשים הטובים ,אף שהם
רבים ושונים זה מזה ,יהיו כולם נובעים מאותה
נקודה פנימית.
•להתחזק באמונה פשוטה ,ולא להיות תלויים במה
שהעיניים רואות או במה שהשכל משיג ,אלא
להאמין בהקב"ה ובשכינתו גם כאשר אין אנו
רואים בעינינו.
•לקבל על עצמנו את התשובה באמונה ,ולהאמין
שאף הקב"ה מקבל את קבלתנו לעתיד באמונה ,כי
במדה שאדם מודד בה מודדין לו.
עולת שבת -מונקאטש זט
