gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — סוכות (2026-09-21)

מוציא לאור: אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive

שבוע: סוכות (2026-09-21)

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — סוכות (2026-09-21)

פתח את ה-PDF הורדה

‫קונטרס‬ ‫אמרי מנחם‬ ‫דברי תורה וסיפורי קודש‬ ‫מאת כבוד קדושת מרן‬ ‫רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע‬ ‫אדמו"ר משינאווא‬ ‫סוכות‬ ‫גליון ק"ס ‪ -‬שנה ד' ‪ -‬שנת תשפ"ז לפ"ק‬ ‫· אידיש ·‬ ‫יו"ל ע"י‬ ‫כל הזכויות שמורות‬ ‫בס"ד‬ ‫להערות והארות‪:‬‬ ‫‪845.459.5954‬‬ ‫‪zy‬‬ ‫לקבלת הקונטרס מדי שבוע‪:‬‬ ‫‪mechonshinova@gmail.com‬‬ ‫צו הערן די‬ ‫דברי כיבושין והתחזקות‬ ‫רופט ‪718-400-7790‬‬ ‫מודעה חשובה‬ ‫מי שרוצה ליקח חלק‬ ‫בההוצאות הגליונות‬ ‫לרגל שמחה משפחתית‪ ,‬יארצייט‪ ,‬וכדו'‬ ‫נא לפנות אל המכון‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫אושפיזא דאברהם‬ ‫א) די ספריםא ברענגען פונעם אר"י הק'‪ ,‬אז ערב סוכות דארף מען‬ ‫טיילן אסאך צדקה‪ .‬און עס איז באקאנט אז אין ראזוואדאוו‬ ‫פלעגט מען זייער שיין אויסצירן די סוכה מיט נוי סוכה‪ ,‬עס איז‬ ‫געווען ממש א יופי פון א סוכה‪ .‬אמאל איז דער ראזוואדאווער רב‬ ‫ז"ל אריינגעקומען אין די סוכה‪ ,‬האט זיך דער ראזוואדאווער רב‬ ‫אנגערופן‪" :‬הא? דאס איז א שיינע סוכה? דער צאנזער רב האט ערב‬ ‫סוכות צוטיילט אכצן הונדערט גילדן פאר ארימעלייט‪ ,‬דאס איז נוי‬ ‫סוכה!"‪ .‬לכאורה‪ ,‬וואס איז דער שייכות אז דייקא ערב סוכות דארף‬ ‫מען טיילן צדקה מער ווי געווענליך?‬ ‫ב) דער מצות עשה פון 'אכילה בסוכה'‪ ,‬וואס מען מוז עסן א כזית אין‬ ‫דער סוכה – איז נאר די ערשטע נאכט‪ ,‬וואס דעמאלט איז די‬ ‫אושפיזא פון אברהם אבינו‪ .‬זעט מען‪ ,‬אז סוכה האט א ספעציעלן‬ ‫שייכות מיט אברהם‪ .‬דארף מען פארשטיין‪ ,‬דעם שייכות פון אברהם‬ ‫מיט דער סוכה?‬ ‫ג) אין פרשת וירא שטייט (בראשית יח‪ ,‬ד)‪" :‬יֻ ַ ּקח נָ א ְמ ַעט ַמיִ ם וְ ַר ֲחצ ּו‬ ‫ׁ‬ ‫יכם וְ ִה ּ ָש ֲענ ּו ּ ַת ַחת ָה ֵעץ"‪ .‬זאגט דער מדרש (ב"ר מח‪ ,‬י)‪" :‬אתה‬ ‫ַר ְג ֵל ֶ‬ ‫אמרת והשענו תחת העץ‪ ,‬חייך שאני פורע לבניך וכו' בסוכות תשבו‬ ‫שבעת ימים" – מיט דעם 'והשענו תחת העץ' האט אברהם אבינו‬ ‫ממשיך געווען די מצוה פון סוכה‪ .‬לכאורה‪ ,‬וואס איז דער פנימיות‬ ‫פון 'מצות סוכה' – וואס דאס האט א שייכות מיט דעם 'והשענו תחת‬ ‫העץ'?‬ ‫ד) אויך דארף מען פארשטיין‪ ,‬וואס איז דער רמז פון די דריי ימים‬ ‫טובים וואס גייען אין איין המשך‪' :‬ראש השנה'‪' ,‬יום כיפור'‬ ‫און 'סוכות'?‬ ‫ג‬ ‫ה) די ספרים זאגן (הובא כמ"פ בבני יששכר לסוכות ובהרבה ספרי קודש)‪ ,‬אז‬ ‫'סוכה' איז בגימטריא הוי"ה אדנ"י‪ .‬וואס איז דער ענין דערפון?‬ ‫הובא בספר בני יששכר (תשרי י‪ ,‬כד)‪ ,‬ובספר אמרי פנחס (שער ד‪ ,‬קסו) ובספר‬ ‫א‬ ‫עטרת ישועה לסוכות‪ ,‬ועוד‪ .‬ומקורו בספר פע"ח שער חג הסוכות פרק ד‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫ו) דער זוהר הק' זאגט (ח"ג קג‪ ,):‬אז די סוכה ווערט אנגערופן 'צלא‬ ‫דמהימנותא' – א שאטן פון אמונה‪ .‬דארף מען פארשטיין‬ ‫דעם ענין?‬ ‫ז) די גמרא זאגט (נדרים לב‪" :).‬בן שלש שנים הכיר אברהם את בוראו"‬ ‫– ביי די דריי יאר האט אברהם אבינו מכיר געווען דעם‬ ‫אייבערשטן‪ .‬אין מדרש (ב"ר ל‪ ,‬ח) איז פארהאן א שיטה‪" :‬בן ארבעים‬ ‫ושמונה שנה הכיר אברהם את בוראו" – הערשט ביי די אכט און‬ ‫פערציג האט אברהם מכיר געווען את בוראו‪ .‬דארף מען זען מיישב‬ ‫צו זיין די ביידע שיטות‪ ,‬אז עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת‪.‬‬ ‫ח) דער מדרש זאגט (ב"ר לט‪ ,‬א)‪" :‬משל לאחד שהיה עובר ממקום‬ ‫למקום וראה בירה אחת דולקת‪ .‬אמר‪ ,‬תאמר שהבירה זו‬ ‫בלא מנהיג‪ ,‬הציץ עליו בעל הבירה אמר לו אני הוא בעל הבירה‪ ,‬כך‬ ‫לפי שהיה אבינו אברהם אומר‪ ,‬תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג‪ ,‬הציץ‬ ‫עליו הקב"ה ואמר לו אני הוא בעל העולם" – אברהם אבינו האט זיך‬ ‫געוואונדערט ווער עס איז דער מנהיג פון דער וועלט‪ ,‬ביז דער‬ ‫אייבערשטער האט אים געזאגט 'איך בין דער בעל הבית פון דער‬ ‫וועלט'‪ .‬לכאורה‪ ,‬קיינער קען דאך נישט זען דעם אייבערשטן; ווי עס‬ ‫ֹ‬ ‫שטייט (שמות לג‪ ,‬כ)‪ִּ :‬‬ ‫"כי לא יִ ְר ַאנִ י ָה ָא ָדם וָ ָחי"‪ ,‬נו‪ ,‬מוז דאך זיין אז דער‬ ‫'הציץ עליו בעל הבירה' איז געווען עפעס אן ענין פון 'נבואה' וכדומה‪,‬‬ ‫נו‪ ,‬אויב איז אברהם אבינו געגאנגען מיט 'חקירות'‪ ,‬וויאזוי איז ער‬ ‫געווארן איבערצייגט דורך א 'נבואה' – אז עס איז פארהאן א בורא‬ ‫אויף דער וועלט?‬ ‫מען דארף דינען דעם אייבערשטן מיט יעדע מדה‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬דער זרע קודש (פר' משפטים ד"ה א"י‬ ‫ואלהב) זאגט‪ ,‬אז א מענטש דארף דינען דעם אייבערשטן מיט 'מדות‬ ‫ד‬ ‫וזל"ק‪" :‬כל אדם צריך לראות שיהיו בו מדות שבורות‪ ,‬כשמתנהג במדותיו‬ ‫ב‬ ‫הטבעיים שנטבעו כן בטבעו‪ ,‬לא יתנהג במדה אחת תמיד‪ .‬למשל כשהוא איש‬ ‫חסד‪ ,‬לפעמים צריך להתנהג בהיפוך החסד‪ ,‬ע"ד שאמרו חכמינו ז"ל (תנחומא‬ ‫מצורע א) כל המרחם על האכזרים סופו כו'‪ ,‬ולכן צריך לשבור מדתו‪ ,‬וכן במדת‬ ‫הגבורה‪ ,‬לפעמים טוב לעשות דין ברשעים ולכעוס על עוברי רצונו ית"ש‪ ,‬וברוב‬ ‫הפעמים צריך לשבור מדה זאת‪ ,‬שממנה בא כעס והקפדה‪ ,‬וכן בכל מדה ומדה‬ ‫צריך לשבור מדת טבעו‪ ,‬וכן על דרך הזה כל הששה מדות שנטבעו באדם‪ ,‬שהם‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫שבורות'‪ ,‬אז אויב בטבע איז ער א 'בעל חסד' און א רחמנות'דיגער‬ ‫– דארף ער צוברעכן זיין טבע און דינען דעם אייבערשטן אויך מיט‬ ‫דער מדה פון 'אכזריות' – דארט וואו עס פעלט אויס פאר עבודת ה'‪.‬‬ ‫ווייל ווילאנג ער דינט נאר מיט זיין מדה וואס ער האט בטבע‪ ,‬האט‬ ‫ער דאך נאכנישט אוועקגעגעבן דעם 'זיך' פארן אייבערשטן‪.‬‬ ‫סוכות קומט מען צום שלימות פון 'יראה' און 'אהבה'‬ ‫ראש השנה און יום כיפור זענען טעג פון 'גבורה'‪ ,‬וואס דעמאלט‬ ‫דינט מען דעם אייבערשטן מיט 'יראה' און פחד‪ .‬און סוכות‬ ‫זענען לוסטיגע טעג וואס מען דינט דעם אייבערשטן מיט 'אהבה'‪.‬‬ ‫אבער דער פשט איז נישט‪ ,‬אז סוכות דינט מען דעם אייבערשטן‬ ‫בלויז מיט 'אהבה'‪ ,‬נאר יעצט האלט מען ָאן ווייטער די עבודה פון‬ ‫ראש השנה און יום כיפור‪ ,‬נאר מען לייגט צו דערצו אויך די מדה פון‬ ‫אהבה! מען דינט דעם אייבערשטן מיט ביידע בחינות‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫דער 'שלימות העבודה' וועלכע ווערט נשלם דייקא אין סוכות‪ ,‬וואס‬ ‫דארט איז פארהאן אן ענין פון 'שלימות'; ווי עס שטייט (תהלים עו‪ ,‬ג)‪:‬‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫"וַ יְ ִהי ְב ָש ֵלם ס ּו ּכו"‪.‬‬ ‫ביידע שמות הק'‪' :‬הוי"ה' – חסד‪ ,‬און 'אדנ"י' – גבורה‬ ‫דער שם הוי"ה איז מרמז אויף 'מדת הרחמים'‪ ,‬און ווידער דער שם‬ ‫אדנ"י איז מרמז אויף 'מדת הגבורה'‪ ,‬און ווי דער זרע קודש‬ ‫זאגט – איז דאך דער תכלית‪ ,‬אז מען זאל דינען דעם אייבערשטן‬ ‫מיט ביידע בחינות אויפאיינמאל און די עבודה פון די ביידע שמות‬ ‫זאלן זיין באחדות‪ .‬און דערפאר איז סוכ"ה גימטריא הוי"ה אדנ"י‪,‬‬ ‫ווייל דעמאלט דינט מען דעם אייבערשטן מיט ביידע בחינות‪ ,‬וואס‬ ‫דאס איז דער עיקר עבדות פון א איד‪.‬‬ ‫'מילה' און 'הכנסת אורחים' – חסד און גבורה אינאיינעם‬ ‫אין פרשת וירא זעט מען אז אברהם אבינו האט צוזאמגענומען‬ ‫ה‬ ‫ביידע בחינות אויפאיינמאל‪ ,‬ווייל פון איין זייט איז דאך דא‬ ‫געווען 'שלישי למילה' – וואס ער האט זיך גע'מל'עט מיט אזא‬ ‫חסד גבורה תפארת נצח הוד יסוד כלול כל אחד מחבירו‪ ,‬כי כל מדה אינה‬ ‫בשלימות דבר לעצמה להתנהג בה תמיד‪ ,‬רק לצרף לה מדה אחרת‪ ,‬וכן לכל‬ ‫המדות"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫מסירות נפש‪ ,‬וואס דאס איז אן ענין פון 'גבורה'‪ ,‬וואס ער האט זיך‬ ‫מתאכזר געווען אויף זיך אליינס און זיך גע'מל'עט‪ .‬און פון צווייטן‬ ‫זייט איז ער געשטאנען ביים 'פתח האהל' און עוסק געווען אין דער‬ ‫מצוה פון 'הכנסת אורחים' – וואס דאס איז דאך די מדה פון 'חסד'‪.‬‬ ‫און מיט דעם האט ער ממשיך געווען אז דער 'והשענו תחת העץ' איז‬ ‫געווען א בחינה פון 'סוכה'‪.‬‬ ‫און דערפאר טרעפט מען דארט ביידע שמות‪ ,‬דער שם הוי"ה שטייט‬ ‫ֹ‬ ‫באלד ביים אנהייב‪" :‬וַ ֵ ּי ָרא ֵא ָליו ה' ְ ּב ֵאלנֵ י ַמ ְמ ֵרא"‪ .‬און דער שם‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫אמר ֲאדנָ "י ִאם נָ א"‪ .‬ווייל דא האט אברהם‬ ‫אדנ"י שטייט ווייטער‪" :‬וַ ּי ַ‬ ‫מיט זיין עבודה – ממשיך געווען די ביידע שמות הק'‪.‬‬ ‫דריי מלאכים – חסד און גבורה‬ ‫רש"י זאגט‪" :‬והנה שלשה אנשים ‪ -‬אחד לבשר את שרה ואחד להפוך‬ ‫את סדום ואחד לרפאות את אברהם"‪ .‬דא האבן זיך באוויזן‬ ‫דריי מלאכים – דאס ווארט 'מלאך' איז אויך בגימטריא 'סוכה' – צוויי‬ ‫מלאכים זענען געקומען אויף שליחות'ן פון 'מדת החסד'; אנזאגן די‬ ‫בשורה פון 'קינדער' און אויסצוהיילן אברהם‪ ,‬און איינער איז‬ ‫געקומען אויף א שליחות פון 'מדת הדין'; איבערצודרייען סדום‪ .‬ווייל‬ ‫דאס אלעס האט אברהם אבינו ממשיך געווען מיט זיין עבודה פון‬ ‫דינען דעם אייבערשטן מיט ביידע מדות אויפאיינמאל‪ .‬און זיי האבן‬ ‫זיך באוויזן 'באלני ממרא'‪ ,‬שטייט אין ספרים (הובא באמרי נועם לסוכות)‬ ‫אז 'אלני' איז גימטריא 'סוכה'‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬אז די מלאכים האבן זיך‬ ‫באוויזן אין דער 'סוכה' פון אברהם אבינו – דורך זיין עבודה פון‬ ‫'מדות שבורות'‪.‬‬ ‫אין דער סוכה קומען די מלאכים מיט אלערליי ישועות‬ ‫דער תפארת שלמה (לסוכות ד"ה מצטערג) טייטשט די גמרא (סוכה כו‪:).‬‬ ‫"מצטער פטור מן הסוכה" – אז דורך דער סוכה ווערט מען פטור פון‬ ‫ו‬ ‫וזל"ק‪" :‬מצטער פטור מן הסוכה (שם כו‪ ,‬א)‪ .‬הנראה לי‪ ,‬כי מצות סוכה היא לנו‬ ‫ג‬ ‫מחסה ומגן לכל בני ישראל להנצל מכל צרה ויגון‪ .‬וזה פירוש מצטער פטור מן‬ ‫הסוכה‪ .‬ע"י הסוכה יהי' פטור מכל צער‪ .‬וזה ג"כ (שם כה‪ ,‬א) חולין ומשמשיהן‬ ‫פטורין מן הסוכה‪ .‬שיהיו נפטרין מכל חולי ומכאוב ויתרפאו רפואת הנפש‬ ‫ורפואת הגוף אמן"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫אלערליי צער‪ .‬און בפרט אינעם ענין פון 'רפואה'; ווי ער טייטשט די‬ ‫משנה (סוכה כה‪" :).‬חולין ומשמשיהן פטורין מן הסוכה" – דורך מצות‬ ‫סוכה ווערט מען פטור פון די אלע חולאת'ן רח"ל‪ .‬עס קען זיין פשט‪,‬‬ ‫ווייל דא האט דאך אברהם אבינו ממשיך געווען די מצוה פון סוכה‪,‬‬ ‫און מיט דעם האט ער ממשיך געווען די 'שלשה אנשים'‪ ,‬וואס דארט‬ ‫ליגט אלע ישועות‪ :‬א רפואה פאר אידישע קינדער – וואס דאס איז‬ ‫געווען דער 'לרפאות את אברהם'‪' .‬פקידת עקרות' – וואס דאס איז‬ ‫געווען דער 'לבשר את שרה'‪ ,‬און א מפלה פאר די שונאי ישראל –‬ ‫וואס דאס איז געווען דער 'להפוך את סדום'‪ .‬און דער ענין פון רפואה‬ ‫איז ספעציעל מודגש‪ ,‬ווייל 'ממרא' איז גימטריא 'רפא'‪ ,‬דאס ווייזט אז‬ ‫מען קען אויס'פועל'ן א רפואה שלימה דורכן כח פון 'אלני' – וועלכע‬ ‫איז בגימטריא 'סוכה'‪.‬‬ ‫נפשך איז 'גבורה'‪' ,‬מאודך' איז 'חסד'‬ ‫"ב ָכל ְל ָב ְב ָך ּו ְב ָכל‬ ‫עס קען זיין אז דאס איז די בחינה פון (דברים ו‪ ,‬ה)‪ּ ְ :‬‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫נַ ְפ ְש ָך ּו ְב ָכל ְמא ֶד ָך"‪ .‬די עבודה פון 'ובכל נפשך' – איז 'מסירות‬ ‫נפש בגוף'; ווי די גמרא זאגט (ברכות נד‪" :).‬אפילו נוטל את נפשך" –‬ ‫דאס איז 'מדת הגבורה'‪ .‬די עבודה פון 'ובכל מאודך' – איז צו טיילן‬ ‫צדקה פאר עניים – דאס איז 'מדת החסד'‪ .‬און ווען א מענטש טוט די‬ ‫ביידע עבודות אינאיינעם‪ ,‬איז א סימן אז ער האט ליב דעם‬ ‫אייבערשטן 'בכל לבבך' מיטן גאנצן הארץ! ווייל אויב ער צוברעכט‬ ‫אלע זיינע מדות פארן אייבערשטן‪ ,‬ווייזט דאס אז ער דינט אים נישט‬ ‫בלויז מיט א האלבע הארץ – מיט איין מדה וואס ער האט בטבע‪ ,‬נאר‬ ‫ער דינט אים מיטן גאנצן הארץ בשלימות‪.‬‬ ‫דאס האט מען דא געזען ביי אברהם אבינו‪ ,‬אז ער האט מקיים געווען‬ ‫'בכל נפשך' – ער האט זיך גע'מל'עט מיט 'מסירות נפש בגוף'‪,‬‬ ‫און אינעם 'שלישי למילה' איז ער געשטאנען און געזוכט אורחים –‬ ‫ז‬ ‫וואס דאס איז 'ובכל מאדך'‪ .‬און דאס ווייזט אז די סארט עבודה איז‬ ‫געווען 'בכל לבבך'; ווי דער פסוק זאגט עדות (נחמיה ט‪ ,‬ח)‪ּ " :‬ו ָמ ָצ ָ‬ ‫את ֶאת‬ ‫ֹ‬ ‫בו נֶ ֱא ָמן ְל ָפנֶ ָ‬ ‫יך"‪.‬‬ ‫ְל ָב‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫דורכן דינען דעם אייבערשטן מיט ביידע מדות אינאיינעם קומט מען צום 'שמע ישראל' – 'צלא‬ ‫דמהימנותא'‬ ‫דער אויבנדערמאנטער זרע קודש (בפר' משפטיםד) איז מסביר‪ ,‬אז דער‬ ‫ענין פון 'מדות שבורות' קומט פון דעם וואס דער מענטש איז מקבל‬ ‫אויף זיך 'עול מלכות שמים'‪ ,‬ווייל אויב איז ער אן אמת'ער געטרייער‬ ‫עבד פארן מלך – טוט ער אלעמאל וואס דער מלך וויל‪ ,‬נישט קיין‬ ‫חילוק צי עס איז לויט זיין טבע אדער היפוך פון זיין טבע‪ .‬און עס איז‬ ‫משמע דארטה‪ ,‬אז אזוי איז אויך פארקערט‪ ,‬אז דורכדעם וואס מען‬ ‫דינט דעם אייבערשטן מיט אלע מדות אינאיינעם – ווערט נתחזק‬ ‫דער 'דעת' פון 'אחדות השם'‪ ,‬א בחינה פון 'אדם נפעל כפי פעולותיו'‪.‬‬ ‫ׁ‬ ‫"ב ָכל ְל ָב ְב ָך ּו ְב ָכל נַ ְפ ְש ָך‬ ‫לויט דעם פארשטייט מען‪ ,‬אז דער פסוק‪ּ ְ :‬‬ ‫ֹ‬ ‫ּו ְב ָכל ְמא ֶד ָך" – וואס דאס ווייזט אויף 'מדות שבורות' – איז א המשך‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ׁ‬ ‫"ש ַמע יִ ְש ָר ֵאל ה' ֱאל ֵקינ ּו ה' ֶא ָחד" – וואס דאס‬ ‫פונעם פסוק פריער‪ְ :‬‬ ‫איז 'קבלת עול מלכות שמים'‪ ,‬ווייל איינס ברענגט דאס אנדערע‪,‬‬ ‫דורך אמונה אין 'אחדות השם'‪ ,‬קומט מען ָאן צו 'מדות שבורות'‪ ,‬און‬ ‫דורך 'מדות שבורות' קומט מען ָאן צו אמונה אין 'אחדות השם'‪ .‬און‬ ‫דערפאר‪ ,‬דורכדעם וואס אברהם אבינו האט דא מקיים געווען די‬ ‫ביידע ענינים אינאיינעם‪' ,‬חסד' און 'גבורה' – האט ער זוכה געווען‬ ‫ממשיך צו זיין די 'צלא דמהימנותא' – דעם 'כח האמונה' אין 'אחדות‬ ‫השם' וואס ווערט נתגלה אין דער סוכה‪.‬‬ ‫ר"ה – בכל לבבך‪ ,‬יו"כ – בכל נפשך‪ ,‬סוכות – ובכל מאודך‬ ‫לויט דעם קען מען פארשטיין דעם סדר פון די ימים טובים‪' :‬ראש‬ ‫השנה' – איז די בחינה פון 'בכל לבבך'‪ .‬ווייל ראש השנה טוט‬ ‫מען גארנישט בפועל‪ ,‬נאר מען בלאזט שופר‪ ,‬וואס דאס איז א קול‬ ‫וזל"ק‪" :‬והנה זה הוא על ידי מדת מלכות‪ ,‬כידוע שמדה זאת אין לה מגרמה‬ ‫ד‬ ‫כלום‪ ,‬והיא כללות המדות‪ ,‬כי על ידי שמקבל על עצמו עול מלכותו בשלימות‪,‬‬ ‫על ידי זה אינו יכול להתנהג במדה אחת תמיד‪ ,‬רק לפי מה שצריך לעבוד את‬ ‫ח‬ ‫בוראו מלכינו ית"ש‪ ,‬כן מתנהג במדותיו‪ ,‬ואף שהוא במדת חסד כפי טבעו‪ ,‬אם‬ ‫מבין בדעתו שצריך לעבוד את בוראו מלכינו יתברך במדה שהוא היפוך טבעו‪,‬‬ ‫שובר מדתו ומתנהג בהיפוכה"‪.‬‬ ‫בהמשך דבריו וזל"ק‪" :‬והנה כשכל ו' המדות כלולות כל אחת מחברתה מכל הו'‬ ‫ה‬ ‫מדות‪ ,‬אז נעשה ו' פעמים ו' גימטריא אל"ה‪ ,‬שא'תה ה'ראת ל'דעת (דברים ד‪,‬‬ ‫לה)‪ ,‬ר"ת אל"ה"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫וואס קומט ארויס פון 'עומקא דלבא'‪ .‬און אויך איז מען דעמאלט‬ ‫ממליך דעם אייבערשטן אויף אלע אברים – וואס דאס איז אן 'עבודה‬ ‫פנימית' מיטן הארץ‪' .‬יום הקדוש' – איז די בחינה פון 'ובכל נפשך'‪.‬‬ ‫ווייל דעמאלט פאסט מען און עס ווערט נתמעט 'חלב ודם'‪ ,‬וואס‬ ‫דאס איז א בחינה פון 'מסירת נפש' וואס מען גיבט אוועק דעם גוף‬ ‫פארן אייבערשטן‪' .‬סוכות' – איז די בחינה פון 'ובכל מאודך'‪ .‬ווייל‬ ‫ערב סוכות טיילט מען אסאך צדקה פאר ארימעלייט‪ ,‬און אויך די ד'‬ ‫מינים איז אן ענין פון 'ובכל מאודך'‪ ,‬וואס אידן אין אלע דורות האבן‬ ‫זיך געלאזט קאסטן אסאך געלט‪ .‬און דורכדעם וואס עס ווערט נשלם‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫'ב ָכל ְל ָב ְב ָך ּו ְב ָכל נַ ְפ ְש ָך ּו ְב ָכל ְמא ֶד ָך' איז מען זוכה‬ ‫די דריי בחינות פון ְ ּ‬ ‫אריינצוגיין אין דער סוכה‪ ,‬וועלכע איז א 'צלא דמהימנותא' און איז‬ ‫מסוגל אויף אמונה אין אחדות השם‪ ,‬וואס דאס איז דער ענין פון‬ ‫'שמע ישראל'‪.‬‬ ‫'מדת החסד' מוז מען אויך נוצן אויף 'אהבת ישראל'‬ ‫איך בין אמאל געווען ביים סקווירא רבי'ן ז"ל האט ער זיך אזוי‬ ‫אנגערופן‪" :‬ראש השנה און יום כיפור‪ ,‬מורא האבן‪ ,‬מורא האבן‪,‬‬ ‫נו דאס מילא! אבער 'ושמחת בחגך'‪ ,‬וויאזוי איז מען דאס מקיים?!"‪.‬‬ ‫עס קען זיין‪ ,‬אז דער עיקר שוועריקייט איז דער ענין פון 'מדות‬ ‫שבורות'‪ ,‬וואס מען דארף דא דינען דעם אייבערשטן מיט אהבת ה'‬ ‫– בנוסף צו די 'יראה' פון די הייליגע טעג‪ .‬ממילא קען זיין‪ ,‬אז די עצה‬ ‫דערויף איז טאקע‪ ,‬אז מען זאל אנהייבן מיט 'אהבת ישראל'‪ ,‬און‬ ‫דורכדעם וועט מען אנקומען צו אהבת ה'‪ .‬און דערפאר איז אזא‬ ‫גרויסער ענין צו טיילן אסאך צדקה ערב סוכות‪ ,‬ווייל דורכדעם וואס‬ ‫מען טוט 'חסד' מיט אידישע קינדער‪ ,‬איז מען מעורר ביי זיך די מדה‬ ‫פון 'חסד' און 'אהבה'‪ ,‬און דערנאך קען מען צוקומען צום יום טוב‬ ‫סוכות צו דינען דעם אייבערשטן מיט אהבת ה' און שמחה‪.‬‬ ‫ט‬ ‫*‬ ‫א מענטש דארף נוצן דעם שכל אויף השגות אין עבודת ה'‬ ‫מען קען אפשר אביסל מקרב זיין אל השכל‪ ,‬וואס עס מיינט אז די‬ ‫סוכה איז א 'צלא דמהימנותא'‪ .‬עס שטייט אין פסוק (דברי הימים‬ ‫"דע ֶאת ֱאל ֹ ֵקי ָא ִב ָ‬ ‫יך וְ ָע ְב ֵדה ּו"‪ ,‬און די ראשונים לערנען פשט‪,‬‬ ‫א כח‪ ,‬ט)‪ּ ַ :‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫אז א מענטש דארף אליינס חוקר זיין מיטן שכל און דערגרייכן ווי‬ ‫ווייט זיין שכל קען אנקומען; אזויווי דער חובת הלבבות און דער‬ ‫רמב"ם האבן חוקר געווען די אמונה‪ .‬אבער די ספריםו זאגן שוין אז‬ ‫מען זאל זיך נישט אריינלאזן אינעם דרך פון 'חקירות'‪ ,‬נאר מען‬ ‫דארף גלייבן בלויז מיט אמונה פשוטה‪ .‬אבער דאך דארף א מענטש‬ ‫נוצן דעם שכל אין עבודת ה'‪ ,‬משיג צו זיין השגות אינעם אייבערשטן‬ ‫וכדומה; ווי דער נועם אלימלך זאגט (פרשת לך ד"ה והנה דברז)‪ ,‬אז א‬ ‫מענטש דארף זיך מתבונן זיין אין די 'צבא השמים' און אריינטראכטן‬ ‫דעם גדלות השם וואס מען זעט דארט‪ .‬און דאס איז דער ענין פון‬ ‫'שער הבחינה' פונעם חובת הלבבות‪ ,‬וואס ער ברענגט ראיות פון‬ ‫דער בריאה אויף די טובות פונעם אייבערשטן‪ .‬און יעדער מענטש‬ ‫דארף אליינס אריינטראכטן דערין און אנקומען צו 'השגות' ביז וואו‬ ‫זיין שכל דערגרייכט‪.‬‬ ‫אברהם אבינו איז געגאנגען ביזן גבול וואו א מענטש קען משיג זיין‬ ‫לויט דעם קען מען אפשר זאגן אז די צוויי שיטות ווען אברהם אבינו‬ ‫האט מכיר געווען את בוראו – צי ביי די דריי יאר‪ ,‬אדער ביי די‬ ‫אכט און פערציג יאר – איז 'אלו ואלו דברי אלקים חיים'‪ .‬ווייל ביז די‬ ‫דריי יאר האט אברהם אבינו פשוט גע'חקרנ'ט ווער עס איז דער‬ ‫בורא‪ ,‬ביז ער איז צוגעקומען צו דער הכרה אז דער אייבערשטער‬ ‫איז דער בורא‪ .‬אבער נאכדעם האט ער ערשט אנגעהויבן זיך מייגע‬ ‫צו זיין מיטן שכל 'משיג' צו זיין דעם אייבערשטן – לויט ווי ווייט דער‬ ‫שכל אנושי קען דערגרייכן‪ ,‬און אברהם אבינו איז דאך געווען דער‬ ‫גרעסטער חקרן וואס איז נאר שייך‪ ,‬ממילא‪ ,‬האבן מיר דאך נישט‬ ‫קיין השגה ביז וואו ער איז אנגעקומען מיט זיין שכל‪ .‬אבער נאך‬ ‫אלעמען‪ ,‬איז דאך דער דעת פון א נברא א 'מוגבל'! ווי גרויס דער‬ ‫שכל פון אברהם אבינו איז געווען‪ ,‬איז דאס אבער געווען א 'בעל‬ ‫גבול'‪ ,‬און א 'בעל גבול' קען נישט משיג זיין דעם 'אין סוף'! ממילא‪,‬‬ ‫י‬ ‫עי' בספר מעין גנים פרק ה' איך שהאריך בזה‪.‬‬ ‫ו‬ ‫וזל"ק‪" :‬הבט נא השמימה דהיינו להסתכל ברוממות אל‪ ,‬וביותר יוכל האדם‬ ‫ז‬ ‫לראות רוממות אל בהביטו השמים ורואה הכוכבים במסילותם על משמרותם‬ ‫מזהירים בזוהר אורם ומזה יבא לאדם יראה‪ ,‬להבין רוממותו יתברך‪ .‬וזהו וספור‬ ‫הכוכבים"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫ביי די אכט און פערציג יאר איז אברהם אבינו אנגעקומען צו א מצב‬ ‫וואס דער שכל גייט שוין נישט ווייטער! ער איז שוין געגאנגען ביזן‬ ‫גבול וואו די השגות פון א מענטש קענען גיין‪ ,‬און דארט האט ער‬ ‫געפרעגט מיט א צער‪" :‬תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג" – זייענדיג‬ ‫אויף דעם עולם הזה קען מען נישט נאכמער משיג זיין די הנהגת ה'?‬ ‫איך וויל יא נאכמער משיג זיין די 'הנהגה' וואס דער אייבערשטער‬ ‫פירט די וועלט!‬ ‫דארט האט אים דער אייבערשטער געגעבן דעם 'הרגש האמונה' וואס דאס איז מער ווי אלע‬ ‫השגות‬ ‫וויבאלד דער אייבערשטער האט געזען זיין שטארקע רצון און‬ ‫תשוקה‪ ,‬האט זיך דער אייבערשטער באוויזן צו אים אויף‬ ‫אן אופן פון נבואה‪ ,‬און ער האט אים געזאגט‪" :‬אני הוא בעל העולם"‪.‬‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬ביז יעצט זענען אלע זיינע השגות געווען אין שכל‪,‬‬ ‫אבער יעצט האט אים דער אייבערשטער אריינגעגעבן א הרגש פון‬ ‫אמונה אין הארץ! נאכדעם וואס ער האט זיך אזויפיל געפלאגט און‬ ‫געהארעוועט משיג צו זיין מיטן שכל‪ ,‬האט אים דער אייבערשטער‬ ‫געגעבן א הכרה – הכיר אברהם את בוראו – וואס די אמונה איז‬ ‫ֹ‬ ‫בו נֶ ֱא ָמן ְל ָפנֶ ָ‬ ‫יך"‪ ,‬אז‬ ‫נשרש געווארן בלבו; א בחינה פון " ּו ָמ ָצ ָ‬ ‫את ֶאת ְל ָב‬ ‫נישט בלויז ער האט געוואוסט אז עס איז דא א באשעפער אויף דער‬ ‫וועלט‪ ,‬נאר ער האט געשפירט אז עס איז דא א באשעפער! די אמונה‬ ‫איז ביי אים געווען קלאר ווי דער טאג! און ווען מען איז זוכה צו אזא‬ ‫מין הרגש‪ ,‬איז דאס מער ווי אלע השגות וואס מען איז משיג מיטן‬ ‫שכל‪ .‬און דאס איז דער 'צלא דמהימנותא' וואס אברהם אבינו האט‬ ‫ממשיך געווען פאר זיינע קינדער אין דער סוכה‪.‬‬ ‫ויחשבה לו צדקה – די דאזיגע אמונה בלב איז א 'צדקה'‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫דאס קען זיין פשט אינעם פסוק (בראשית טו‪ ,‬ו)‪" :‬וְ ֶה ֱא ִמן ַ ּבה' וַ ַ ּי ְח ְש ֶב ָה ּלו‬ ‫ְצ ָד ָקה" – די אמונה וואס ער האט געגלייבט אינעם אייבערשטן‬ ‫אי‬ ‫מיט א הרגש הלב‪ ,‬דאס האט אברהם אבינו גערעכנט אלס צדקה‬ ‫וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אים! ווייל דאס האט ער‬ ‫נישט געקענט דערגרייכן מיט זיינע אייגענע כוחות השכליים‪ ,‬דאס‬ ‫האט ער באקומען פונעם אייבערשטן א מתנה‪ ,‬דורכדעם וואס ער‬ ‫האט זיך מגלה געווען צו אים און אים געזאגט‪" :‬אני הוא בעל הבירה"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫יעדער איד קען באקומען א צדקה פונעם אייבערשטן – א הרגש פון אמונה‬ ‫יעדער איד האט א שייכות מיט דעם ענין פון 'אני הוא בעל הבירה'‪,‬‬ ‫אז ווען א איד בעט זיך ביים אייבערשטן אויף 'אמונה שלימה'‪,‬‬ ‫העלפט אים דער אייבערשטער‪ ,‬ער גיבט אים אריין אמונה אין‬ ‫הארץ! ער זאגט אים "אני בעל הבירה"! דאס איז פשט אז דער‬ ‫אייבערשטער גיבט אים אריין דעם הרגש בלב; ווי דער צאנזער רב‬ ‫זאגט א מורא’דיג לשון (דברי חיים פר' שמיני ד"ה)‪" :‬והנה ידענו באמת‬ ‫שהקב"ה מלא כל העולם לית אתר פנוי מיניה‪ ,‬ומי שיש לו זכות הנפש‬ ‫רואה זה בחוש"‪ .‬און דאס זענען די הרגשים פון ערליכע אידן‪ ,‬וואס‬ ‫זייער הארץ פלאטערט מיט אמונה און יראת שמים‪ ,‬ווייל די אמונה‬ ‫זייערע איז נשרש אין הארץ‪.‬‬ ‫מיט אונזער צדקה ערב סוכות איז מען מעורר דעם אייבערשטנ'ס צדקה – הרגש האמונה‬ ‫לויט דעם קען זיין נאך א טעם פארוואס מען טיילט 'צדקה' ערב‬ ‫סוכות‪ ,‬כדי מעורר צו זיין– מדה כנגד מדה ‪ -‬דעם 'ויחשבה לו‬ ‫צדקה'‪ ,‬אז דער אייבערשטער זאל אונז געבן 'צדקה'‪ ,‬אז ער זאל אונז‬ ‫אריינברענגען אינעם 'צלא דמהימנותא'‪ ,‬וואס דאס מיינט‪ ,‬אז ער זאל‬ ‫אונז געבן דעם 'הרגש האמונה' וואס ער האט געגעבן פאר אברהם‬ ‫אבינו בצדקה‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫אושפיזא דיצחק‬ ‫ׂ‬ ‫ׂ‬ ‫א) עס שטייט אין פסוק (בראשית כד‪ ,‬סג)‪" :‬וַ ֵ ּי ֵצא יִ ְצ ָחק ָלש ּו ַח ַ ּב ּ ָש ֶדה‬ ‫ׂ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ִל ְפנות ָע ֶרב וַ ִ ּי ּ ָשא ֵעינָ יו וַ ַ ּי ְרא וְ ִה ֵ ּנה ְג ַמ ִ ּלים ָ ּב ִאים וַ ּ ִת ּ ָשא ִר ְב ָקה‬ ‫ֹ‬ ‫יה וַ ּ ֵת ֶרא ֶאת יִ ְצ ָחק וַ ּ ִת ּפל ֵמ ַעל ַה ָ ּג ָמל" – עס טוט זיך דא אפ אן‬ ‫ֶאת ֵעינֶ ָ‬ ‫עסק מיט 'גמלים'‪ ,‬יצחק האט געזען די גמלים קומען‪ ,‬און רבקה איז‬ ‫בי‬ ‫אראפגעפאלן פונעם 'גמל'‪ ,‬וואס איז דער ענין דא?‬ ‫ב) אויך דארף מען פארשטיין‪ ,‬פארוואס דערציילט אונז די תורה אז‬ ‫דאס איז געווען 'לפנות ערב'‪ ,‬וואס איז א נפקא מינה וועלכע‬ ‫צייט אין טאג דאס איז געווען?‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫אמר‬ ‫אמר ֶאל ָה ֶע ֶבד ִמי ָה ִאיש ַה ָ ּלזֶ ה ַהה ֵל ְך ַ ּב ּ ָש ֶדה ִל ְק ָר ֵ‬ ‫אתנ ּו וַ ּי ֶ‬ ‫ג) "וַ ּת ֶ‬ ‫ֹ‬ ‫ח‬ ‫צ ִעיף וַ ּ ִת ְת ָּכס" – די מפרשים‬ ‫ָה ֶע ֶבד ה ּוא ֲאדנִ י וַ ּ ִת ַ ּקח ַה ָ ּ‬ ‫שטעלן זיך‪ ,‬פארוואס האט זי געפרעגט פונקט אויף יצחק – מער ווי‬ ‫אויף אלע אנדערע מענטשן?‬ ‫ד) אויך איז שווער‪ ,‬פריער אין דער פרשה רופט אליעזר ָאן יצחק'ן‬ ‫מיטן לשון 'בן אדוני'‪ ,‬און פארוואס דא האט ער אים‬ ‫אנגערופן 'הוא אדוני'?‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ה) "וַ יְ ִב ֶא ָה יִ ְצ ָחק ָהא ֱה ָלה ָש ָרה ִא ּמו"‪ .‬זאגט רש"י‪" :‬ויביאה האהלה והרי‬ ‫היא שרה אמו‪ ,‬כלומר ונעשית דוגמת שרה אמו" – רבקה‬ ‫איז געווארן א דוגמא פון שרה אמנו‪ .‬דארף מען פארשטיין דעם ענין‬ ‫וואס מיינט א 'דוגמא'?‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫יה ַה ִּטי נָ א ַכ ֵ ּד ְך וְ ֶא ְש ּ ֶתה‬ ‫ו) פריער שטייט‪" :‬וְ ָהיָ ה ַה ַ ּנ ֲע ָרה ֲא ֶשר א ַמר ֵא ֶל ָ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ּ ּ ָ ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫יך ַא ְש ֶקה א ָת ּה ה ַכ ְח ּ ָת ְל ַע ְב ְ ּד ָך ְליִ ְצ ָחק"‪.‬‬ ‫וְ ָא ְמ ָרה ְש ֵתה וְ ַגם ְג ַמ ֶל‬ ‫זאגט רש"י‪" :‬אותה הוכחת ‪ -‬ראויה היא לו שתהא גומלת חסדים‬ ‫וכדאי ליכנס בביתו של אברהם" – טאמער איז זי א 'גומלת חסדים'‪,‬‬ ‫פאסט זי אריין אין אברהם אבינו'ס שטוב‪ .‬לכאורה‪ ,‬דער אליעזר‬ ‫זוכט דאך יעצט א שידוך פאר יצחק – נישט פאר אברהם‪ ,‬און יצחק'ס‬ ‫מדה איז דאך געווען 'מדת הגבורה' – פארקערט פון אברהם'ס מדה‪,‬‬ ‫נו‪ ,‬דארף זי דאך ּפ ַאסן פאר יצחק'ס שטוב?‬ ‫סוכה איז א צוזאמשטעל פון פארקערטע מדות‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬מען האט דאך גערעדט (לעיל באושפיזא‬ ‫דאברהם)‪ ,‬אז דער ענין פון 'סוכה' איז דער שלימות המדות וואס‬ ‫מען דינט דעם אייבערשטן מיט אלע מדות אינאיינעם‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫די בחינה פון 'הוי"ה אדנ"י' וואס איז בגימטריא 'סוכה'‪.‬‬ ‫רבקה איז געווען א 'בעלת חסד' – פארקערט פון יצחק'ס מדת הגבורה‬ ‫גי‬ ‫לויט דעם קען זיין‪ ,‬אז אליעזר האט דוקא געזוכט פאר יצחק א כלה‬ ‫א 'בעלת חסד' – וועלכע איז די פארקערטע פון יצחק'ס 'מדת‬ ‫ז"ל פירוש בעלי התוספות‪" :‬מי האיש הלזה ההולך בשדה לקראתנו‪ .‬גמגום יש‬ ‫ח‬ ‫על פסוק זה‪ ,‬וכי היתה שואלת מכל האנשים שהיתה פוגעת ועוד למה כתיב‬ ‫בשדה לקראתינו"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫הגבורה'‪ ,‬כדי אז דורכדעם זאל ווערן צוזאמגעשטעלט די ביידע‬ ‫הפכיות'דיגע מדות‪ ,‬וואס דאס וועט זיין א שלימות פאר זיי ביידע‪.‬‬ ‫ותפול מעל הגמל – זי האט געזען א צדיק וועלכער דינט דעם אייבערשטן אויף אן אנדערן דרך‬ ‫'גמל' איז א לשון פון 'גמילת חסד'‪ ,‬וואס דאס ווייזט אויף די מדה פון‬ ‫רבקה וואס זי איז געווען א 'גומלת חסד'‪ .‬זאגט דער פסוק‪:‬‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ׂ‬ ‫"וַ ֵ ּי ֵצא יִ ְצ ָחק ָלש ּו ַח ַ ּב ּ ָש ֶדה ִל ְפנות ָע ֶרב" – יצחק אבינו‪ ,‬וואס זיין מדה‬ ‫איז 'מדת הדין'‪ ,‬איז געגאנגען דאווענען מנחה 'לפנות ערב' – וואס‬ ‫דעמאלט איז א צייט פון דינים כידוע (זוה"ק ח"ב קנו‪" ,).‬וַ ַ ּי ְרא וְ ִה ֵ ּנה ְג ַמ ִ ּלים‬ ‫ָ ּב ִאים" – האט ער געזען ווי דא קומט צו גיין רבקה אמנו‪ ,‬וואס זי איז‬ ‫דער היפוך פון זיין מדה‪ ,‬זי האט די מדה פון 'גמילת חסד'‪ .‬און די‬ ‫ׂ‬ ‫יה וַ ּ ֵת ֶרא ֶאת‬ ‫זעלבע זאך האט רבקה געזען‪" :‬וַ ּ ִת ּ ָשא ִר ְב ָקה ֶאת ֵעינֶ ָ‬ ‫ֹ‬ ‫יִ ְצ ָחק" – זי האט געזען יצחק‪ ,‬וואס ער איז 'מדת הדין'‪" ,‬וַ ּ ִת ּפל ֵמ ַעל‬ ‫ַה ָ ּג ָמל" – איז זי אביסל אראפגעפאלן פון איר מדה פון 'גמילת חסד'‪,‬‬ ‫ווייל זי איז נכלל געווארן אין זיין מדה פון 'גבורה'‪ .‬און דערפאר האט‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫זי געפרעגט פון אליעזר‪ִ :‬מי ָה ִאיש ַה ָ ּלזֶ ה ַהה ֵל ְך ַ ּב ּ ָש ֶדה ִל ְק ָר ֵ‬ ‫אתנ ּו" –‬ ‫ווער איז דער מענטש וועלכער גייט 'לקראתינו'‪ ,‬ער גייט ממש‬ ‫פארקערט פון אונזער מדה? זי האט נישט געפרעגט אויף יעדן‬ ‫מענטש‪ ,‬אבער דא האט זי געשפירט אז דער מענטש דינט דעם‬ ‫אייבערשטן מיט א פארקערטע מדה ווי איר‪ ,‬איז זי נתפעל געווארן‬ ‫ֹ‬ ‫אמר ָה ֶע ֶבד”– האט איר אליעזר‬‫און געפרעגט ווער דאס איז‪" .‬וַ ּי ֶ‬ ‫ֹ‬ ‫געענטפערט‪" ,‬ה ּוא ֲאדנִ י" ער דינט דעם אייבערשטן מיט א בחינה פון‬ ‫אדנ"י – פארקערט ווי דו וואס דו ביסט דבוק אין שם הוי"ה‪.‬‬ ‫ותתכס – זי האט זיך מדבק געווען אין מצות סוכה – וואס דארט קען מען צוזאמשטעלן‬ ‫'הפכיים'‬ ‫ווי רבקה האט געהערט וואס דא טוט זיך‪ ,‬אז דא וועט יעצט ווערן א‬ ‫צוזאמשטעל פון 'הוי"ה אדנ"י'‪" ,‬וַ ּ ִת ַ ּקח ַה ָ ּ‬ ‫צ ִעיף וַ ּ ִת ְת ָּכס" – איז זי‬ ‫אריין אין דער בחינה פון 'סכת' (די ערשטע 'תיו' איז א לשון מתפעל‪ ,‬בלייבט‬ ‫די‬ ‫איבער די אותיות 'סכת'; ווי עס שטייט אין דער תורה 'חסר')‪ .‬ווייל אויב איז דא אין‬ ‫דעם שידוך א שילוב פון 'חסד' און 'דין'‪ ,‬איז דאך דאס ממש דער ענין‬ ‫פון 'סוכה' – וועלכע איז 'הוי"ה אדנ"י'‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫האהלה שרה אמו – דער כח פון 'יסכה ברוה"ק' ווערט נתגלה אין דער סוכה‬ ‫דער בני יששכר (תשרי י‪ ,‬אט) ברענגט פון רבי פנחס קאריצער זצ"ל‪,‬‬ ‫ֹ‬ ‫אז סוכה איז א לשון פון 'סו ֶכה ברוח הקודש'‪ .‬און אויך ברענגט ער‬ ‫דארט (שם אות בי)‪ ,‬אז דער כח פון 'רוח הקודש' קומט אויך פון דעם‬ ‫'יחוד הוי"ה אדנ"י'‪ .‬מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק‪" :‬וַ יְ ִב ֶא ָה‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫יִ ְצ ָחק ָהא ֱה ָלה ָש ָרה ִא ּמו" – דורכדעם וואס יצחק האט חתונה געהאט‬ ‫מיט רבקה‪ ,‬איז דאך דא געווארן א 'יחוד הוי"ה אדנ"י'‪ ,‬ווייל די צוויי‬ ‫פארקערטע מדות זענען נכלל געווארן‪ ,‬ממילא‪ ,‬איז געווארן א בחינה‬ ‫ֹ‬ ‫'הא ֱה ָלה' – 'אהל עראי'‪ ,‬ווי די‬‫פון סוכה‪ ,‬וואס דאס איז מרומז אין ָ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫'ש ָרה ִא ּמו' – שרה האט‬‫סוכה וועלכע דארף זיין א 'דירת עראי'‪ .‬און ָ‬ ‫געהייסן 'יִ ְס ָּכה' (בראשית יא‪ ,‬כט)‪ ,‬און רש"י זאגט דארט‪" :‬על שם שסוכה‬ ‫ברוח הקודש"‪ .‬קומט אויס‪ ,‬אז שרה איז די בחינה פון 'סוכה'; ווי רבי‬ ‫פנחס קאריצער זאגט‪ .‬און דאס זאגט רש"י‪" :‬ויביאה האהלה והרי‬ ‫היא שרה אמו‪ ,‬כלומר ונעשית דוגמת שרה אמו" – דארט אינעם 'אהל‬ ‫עראי' האט רבקה ממשיך געווען די בחינה פון שרה וועלכע הייסט‬ ‫'יסכה'‪ ,‬וואס דאס איז די בחינה פון סוכה‪ .‬און דאס אלעס איז געווען‬ ‫דורכן זיווג הקדוש וואס איז געווען די צוויי פארקערטע מדות‪ ,‬וואס‬ ‫דורכדעם איז מען זוכה צו רוח הקודש‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫וזל"ק‪" :‬אמר הרב הקדוש המפורסים מהר"פ מקארעץ זצוק"ל‪ ,‬נקרא החג‬ ‫ט‬ ‫סוכות מלשון סכה ברוח הקדש‪ ,‬וכו'‪ ,‬ואמר עוד הרב הקדוש הנ"ל דלבעבור‬ ‫זה אנו אומרים זמן שמחתינו בחג הסוכות (עיין מ"ש לעיל במאמר ט') בשביל‬ ‫וט‬ ‫שהיה בחג הסוכות זמן שואבה שמשם היו שואבין רוח הקדש עכ"ד"‪.‬‬ ‫וזל"ק‪" :‬עוד אמר הרב הקדוש זצוק"ל הנ"ל‪ ,‬טעם סגולת רוח הקדש בחג‬ ‫י‬ ‫הסוכות דייקא‪ ,‬כי כל המלאכים והנשמות באין מן יחוד הוי"ה אדנ"י ויש מלאכים‬ ‫ונשמות מן הוי"ה ויש מלאכים ונשמות מן אדנ"י‪ ,‬וצריכים להיות כלולים משניהם‪,‬‬ ‫וכשיעשה (האדם) יחוד הנ"ל יבא רוח הקדש עד אין חקר‪ ,‬וזהו העיקר לייחד‬ ‫החיבור הנ"ל‪ ,‬והנה סוכ"ה בגימ' הוי"ה אדנ"י כ"ו ה"ס לכך כשמקיימין מצות‬ ‫סוכה יוכל לבא לידי רוח הקודש עכ"ד"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫אושפיזא דאהרן‬ ‫א) דער יום טוב סוכות האט א געוואלדיגן שייכות מיט אהרן הכהן‪,‬‬ ‫ווייל די 'ענני הכבוד' זענען דאך געווען בזכות אהרן‪ .‬דארף‬ ‫מען פארשטיין‪ ,‬סוכות איז דאך א 'זמן שמחה'‪ ,‬וואספארא שייכות‬ ‫טרעפט מען ביי אהרן הכהן צום ענין פון שמחה – מער פון די‬ ‫אנדערע אושפיזין?‬ ‫ב) די משנה זאגט (אבות א‪ ,‬יב)‪" :‬הוי מתלמידיו של אהרן‪ ,‬אוהב שלום‬ ‫ורודף שלום‪ ,‬אוהב את הבריות ומקרבן לתורה" – אהרן הכהן‬ ‫איז געווען דער גרויסער 'מקרב את הבריות'‪ .‬לכאורה איז א פלא‪ ,‬אז‬ ‫פונקט ביי די 'עננים' וועלכע איז געווען בזכות אהרן געפונט מען אז‬ ‫עס האט אויסגעשפיגן די 'ערב רב' – וואס דאס איז דאך דער 'היפוך'‬ ‫פון זיין מדה? נאכדערצו‪ ,‬אז מען זעט אז משה רבינו האט זיי מקרב‬ ‫געווען און ארויסגענומען פון מצרים‪ ,‬און אהרן וואס ער איז דער‬ ‫'אוהב שלום ורודף שלום' איז זיי גאר מרחק?‬ ‫ג) עס ווערט געברענגט א מנהג פון אר"י הקדוש‪ ,‬אז ערב סוכות זאל‬ ‫מען טיילן אסאך צדקה‪ .‬וואס איז דער שייכות צווישן צדקה‬ ‫און סוכות?‬ ‫ד) דער מדרש זאגט (במ"ר טו‪ ,‬ו)‪" :‬דבר אל אהרן בהעלותך את הנרות‬ ‫ֹ‬ ‫ֹׁ‬ ‫זה שאמר הכתוב (תהלים לד‪ ,‬י) יְ רא ּו ֶאת ה' ְקד ָשיו ִּכי ֵאין ַמ ְחסור‬ ‫ִל ֵיר ָאיו"‪ .‬דארף מען פארשטיין דעם שייכות צווישן דעם פסוק צו‬ ‫דער פרשה פון 'הדלקת הנרות'?‬ ‫ֹ‬ ‫ֹׁ‬ ‫ה) בכלל‪ ,‬דער פסוק 'יְ רא ּו ֶאת ה' ְקד ָשיו ִּכי ֵאין ַמ ְחסור ִל ֵיר ָאיו' דארף‬ ‫א הסבר‪ ,‬וואס איז דער 'נתינת טעם'‪ ,‬אז ווייל עס איז‬ ‫נישטא קיין חסרון ביי די 'יראיו'‪ ,‬דערפאר זאל מען האבן יראת‬ ‫ֹ‬ ‫שמים? אויך איז שווער דער ִּ‬ ‫'כי ֵאין ַמ ְחסור ִל ֵיר ָאיו'‪ ,‬מען זעט דאך‬ ‫זט‬ ‫במציאות אזויפיל ערליכע אידן וועלכע לעבן בדחקות און בעניות?‬ ‫ֹׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ ֹ‬ ‫יכם ִּכי ַב ֻּס ּכות הו ַש ְב ּ ִתי"‪.‬‬ ‫"ל ַמ ַען יֵ ְדע ּו דר ֵת ֶ‬ ‫ו) עס שטייט (ויקרא כג‪ ,‬מג)‪ְ :‬‬ ‫און די ספריםאי זאגן‪ ,‬אז אין דער סוכה איז דא א השפעה פון‬ ‫עי' בספה"ק זרע קודש (לסוכות) וזל"ק‪" :‬למען ידעו דורותיכם‪ ,‬ע"י מצות‬ ‫אי‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫'דעת'‪ .‬דארף מען פארשטיין דעם ענין? און וואס האט דאס א שייכות‬ ‫מיטן 'זמן שמחתינו'?‬ ‫דעת קנית – ווען הייסט עס 'דעת'? מה חסרת – ווען עס פעלט דיר גארנישט!‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬דער מדרש זאגט (ויק"ר א‪ ,‬ו)‪" :‬דעת קנית‬ ‫מה חסרת‪ ,‬דעת חסרת מה קנית" – טאמער האסטו 'דעת' פעלט‬ ‫דיר גארנישט‪ .‬בפשטות קען מען לערנען פשט אין מדרש‪ ,‬אז דורכן‬ ‫'דעת' קען מען אנקומען צו אלעס‪ .‬אבער אינ'אמת'ן איז דער פשט‬ ‫אסאך פשוט'ער‪ ,‬אז דער מדרש זאגט אונז‪ :‬דו ווייסט וואספארא‬ ‫'דעת' הייסט א ריכטיגע 'דעת'? אזא 'דעת' וואס ברענגט דיר אריין א‬ ‫הרגש פון בטחון‪ ,‬וואס דו שפירסט ממש ביי דיר אז דו האסט אלעס!‬ ‫דו האסט אזא גרויסן 'דעת'‪ ,‬אז דו ווייסט אז עס פעלט דיר גארנישט!‬ ‫דער אייבערשטער דערבארעמט זיך אויף דיר און ער גיבט דיר‬ ‫אלעס‪ ,‬ממילא‪ ,‬האסטו אלעס וואס דו דארפסט! דו ביסט אזוי‬ ‫צופרידן מיט אלעמען‪ ,‬אז דו האסט נישט קיין שום מחשבה צו וועלן‬ ‫אנדערש ווי דער אייבערשטער גיבט דיר! דאס איז דער ריכטיגער‬ ‫'דעת קנית'‪.‬‬ ‫סוכות איז א 'זמן שמחתינו' וויבאלד עס ווערט נשפע דער 'דעת'‬ ‫סוכות איז דא א השפעה פון 'למען ידעו'‪ ,‬וואס יעדער איד גייט אריין‬ ‫אין דער סוכה‪ ,‬וואו ער איז ארומגענומען מיט א 'צלא‬ ‫דמהימנותא'‪ ,‬באקומט ער אזא גרויסן 'דעת' פון אמונה און בטחון –‬ ‫אז עס איז 'מה חסרת'! עס פעלט אים גארנישט! ער האט אלעס! און‬ ‫דערפאר איז דעמאלט דער 'זמן שמחתנו'‪ ,‬ווייל ווילאנג א מענטש‬ ‫שפירט אז עס פעלט אים עפעס א זאך – שטערט עס שוין פון דער‬ ‫שמחה‪ ,‬נו‪ ,‬וויאזוי קען א איד זיין בשמחה? אלעמאל האט מען דאך‬ ‫עפעס וואס מען וואלט געוואלט עס זאל זיין בעסער? אבער יעצט‬ ‫זי‬ ‫סוכה נמשך לאדם דעת לידע איך לעבדו יתברך שמו כמ"ש דע את אלקי אביך‬ ‫ועבדהו"‪ .‬ועי' גם בספה"ק דברי חיים (לסוכות) וזל"ק‪" :‬דעת מכונה בשם אויר‬ ‫של היסודות‪ ,‬והוא המחבר יסוד האש והמים‪ ,‬משום שאש חם ויבש‪ ,‬ומים קר‬ ‫ולח‪ ,‬ואויר ממוצע חם ולח ולכן מחבר יחד‪ .‬וכן בחינת הדעת יש בו עשר‪ ,‬חסדים‬ ‫חמשה וגבורות חמש (זוה"ק נשא קמב‪ ).‬ולכן "חם ולח" בגימ' "סוכה" דסוכה‬ ‫הוא בבחינת דעת למען ידעו‪ ,‬והוא נקרא או[י]ר דחלל סוכה תנן‪ ,‬ולכן הוא‬ ‫בבחינת הדעת"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫אין סוכות‪ ,‬ווען מען איז זוכה צום 'השפעת הדעת'‪ ,‬וואס דער מענטש‬ ‫האט אלעס וואס ער דארף‪ ,‬און עס פעלט אים גארנישט – יעצט קען‬ ‫ער קומען צו דער מדרגה פון שמחה!‬ ‫אהרן איז דער 'כח הדעת' – דערפאר איז די סוכה בזכותו‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם קשר צווישן אהרן הכהן און סוכות‪.‬‬ ‫ווייל ביי אהרן געפונט מען דעם ענין פון 'דעת'; ווי עס שטייט‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫(מלאכי ב‪ ,‬ז)‪ִּ :‬‬ ‫"כי ִש ְפ ֵתי כ ֵהן יִ ְש ְמר ּו ַד ַעת"‪ .‬און דערפאר האט ער געהאט‬ ‫דעם כח ממשיך צו זיין דעם ענין פון 'ענני הכבוד'‪ ,‬די בחינה פון‬ ‫סוכה – וועלכע איז א 'השפעת הדעת'‪.‬‬ ‫דער פרוש האלט ביי 'מדת ההשתוות' – גנאי ושבח זענען אייניג ביי אים‬ ‫דער חובת הלבבות (שער יחוד המעשה פ"ה) זאגט‪ ,‬אז מען האט געפרעגט‬ ‫ׁ‬ ‫'הנִ ְש ּ ַת ֵו ָ‬ ‫ית' – צי ביסטו שוין אנגעקומען צו 'מדת‬ ‫פונעם 'פרוש' ַ‬ ‫ההשתוות'‪ ,‬אז 'גנאי' און 'שבח' איז ביי דיר גלייך‪ ,‬און עס איז נישט‬ ‫ביי דיר קיין שום חילוק ווען איינער פארשעמט דיך אדער ווען‬ ‫איינער רימט דיך אויס‪ .‬ווייל דאס איז די מדרגה פון א צדיק וועלכער‬ ‫איז אויסגעארבעט‪ ,‬אז 'גנאי' און 'שבח' זענען ביי אים די זעלבע‪ ,‬און‬ ‫עס איז אים נישט קיין שום נפקא מינה‪.‬‬ ‫שבחו של אהרן שלא שינה – ער איז נשתנה געווארן פון 'שבח'‬ ‫מיט דעם חובת הלבבות זאגט דער צמח ה' לצבי (פר' בהעלותך ד"ה בא"א‬ ‫ויעשבי) א פשט אינעם באקאנטן רש"י‪" :‬ויעש כן אהרן ‪ -‬להגיד שבחו‬ ‫של אהרן שלא שינה" – די תורה קומט דערציילן דעם שבח פון אהרן‪,‬‬ ‫אז ער האט נישט משנה געווען פונעם ציווי ה'‪ .‬פרעגן אלע ספרים‪,‬‬ ‫וזל"ק‪" :‬באופן אחר ויעש כן אהרן‪ ,‬פירש"י להגיד שבחו של אהרן שלא שינה‪ .‬על‬ ‫בי‬ ‫דרך שכתב בחובת הלבבות (שער יחוד המעשה פ"ה) בענין 'ההשתוית‪ ,‬השוה‬ ‫בעיניך השבח והגנות' וכו'‪ .‬כי כל זמן שהשבח הוא חשוב‪ ,‬אי אפשר שתהיה‬ ‫עבודת המצוה בהיישרת מחשבה‪ ,‬כי המחשבה נמשכת אחר השבח‪ ,‬אף שגוף‬ ‫חי‬ ‫המצוה נעשית בשלימות‪ ,‬יש בה שינוי מצד המחשבה‪ ,‬שאם לא היה בה השבח‬ ‫היה משנה העובדא עצמה‪ ,‬ונחשב כאילו שינה בה בעובדא עצמה‪.‬‬ ‫והנה פירש"י (ד"ה בהעלותך) שאמר הקב"ה לאהרן שלך גדולה משלהם שאתה‬ ‫מדליק ומיטיב את הנרות עכ"ל‪ ,‬נמצא אם לא היה השבח והגנות שוה לו‪ ,‬היה‬ ‫השבח זה שלך גדולה משלהם וכו' משנה המצוה ממאמרה‪ .‬וזה שאמר באהרן‬ ‫להגיד שבחו של אהרן‪ ,‬ר"ל שהשבח שלו לא שינה את המצוה ממאמרה‪ .‬וזה‬ ‫שאמרו רז"ל (שבת סג‪ ).‬כל העושה מצוה כמאמרה‪ ,‬ר"ל בלי שם ושינוי כנ"ל"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫וואס איז די רבותא אז אהרן הכהן האט נישט משנה געווען פון וואס‬ ‫דער אייבערשטער האט געהייסן? זאגט דער צמח ה' לצבי‪ :‬דער‬ ‫אייבערשטער האט דא געזאגט פאר אהרן‪" :‬שלך גדולה משלהם" –‬ ‫דיין עבודה פון הדלקת המנורה‪ ,‬איז חשוב'ער ווי די עבודה פון די‬ ‫נשיאים וועלכע האבן געברענגט קרבנות ביים חנוכת המזבח‪ .‬נו‪,‬‬ ‫וואלט דאך אהרן געקענט ווערן נתפעל פונעם 'שבח' און דאס זאל‬ ‫פועל'ן עפעס א התנשאות וואס ער זאל ווערן אביסל גרויס ביי זיך‪.‬‬ ‫זאגט אבער רש"י‪" :‬להגיד שבחו של אהרן" – אפילו נאכדעם וואס‬ ‫דער אייבערשטער האט געזאגט דעם 'שבח' פון אהרן‪" ,‬שלא שינה" –‬ ‫איז נישט געשען קיין שום 'שינוי' ביי אהרן'ען! ווייל ער האט געהאט‬ ‫די מדה פון 'השתוות'‪ ,‬אז עס איז נישט געווען קיין חילוק ביי אים צי‬ ‫מען זאגט אים 'שבח' אדער מען זאגט אים 'גנאי'‪.‬‬ ‫אויב איז ער נישט 'חסר' אז יענער זאל האלטן פון אים – ווערט ער נישט נתפעל פון 'גנאי' און‬ ‫'שבח'‬ ‫מען קען מקרב זיין אל השכל‪ ,‬פון וואו נעמט זיך טאקע ביי א מענטש‬ ‫אזא מדה פון 'השתוות' – אז עס זאל נישט זיין ביי אים קיין‬ ‫חילוק צווישן 'גנאי' און 'שבח'? נאר דאס נעמט זיך פון דער בחינה‬ ‫פון 'דעת קנית מה חסרת'‪ .‬ווייל די סיבה פארוואס א מענטש ווערט‬ ‫באליידיגט פון 'גנאי' איז‪ ,‬ווייל עס פעלט אים עפעס! ער שפירט א‬ ‫'חסרון' אז יענער זאל האלטן פון אים! און דערפאר‪ ,‬טאמער יענער‬ ‫זאגט אים קלאר אז ער האלט נישט פון אים – ווערט ער באליידיגט!‬ ‫אזוי אויך‪ ,‬די סיבה פארוואס א מענטש ווערט נתפעל ווען מען זאגט‬ ‫אים א 'שבח'‪ ,‬ווייל יעצט איז 'נתמלא' געווארן זיין 'חסרון'! ער האט‬ ‫ביז יעצט געזוכט אז יענער זאל האלטן פון אים און אויסלויבן זיינע‬ ‫מעלות‪ ,‬און יעצט איז ענדליך ערפילט געווארן דאס וואס האט אים‬ ‫געפעלט! אבער דער וועלכער האט זוכה געווען צום ריכטיגן 'דעת'‬ ‫און עס פעלט אים גארנישט – ווערט נישט נתפעל נישט פון קיין‬ ‫טי‬ ‫'גנאי' און נישט פון קיין 'שבח'‪ ,‬ווייל עס פעלט אים בכלל נישט אויס‬ ‫אז יענער זאל האלטן פון אים! ער האט שוין אלעס וואס ער דארף!‬ ‫ער איז צופרידן וויאזוי עס איז! און אפילו מען וועט אים געבן די‬ ‫וועלטס כבוד‪ ,‬וועט עס נישט משנה זיין ביי אים‪ ,‬נאר ער וועט זאגן‪:‬‬ ‫"אויב דער אייבערשטער וויל אזוי – זאל זיין אזוי!"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫די 'ערב רב' האבן דוקא זיך געוואלט אפרעדן – דערפאר האבן זיי זיך נישט געפונען קיין פלאץ‬ ‫אינעם 'ענן'‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫אס ְפ ֻסף ֲא ֶשר ְ ּב ִק ְר ּבו ִה ְת ַא ּו ּו ּ ַת ֲאוָ ה וַ ָ ּי ֻשב ּו‬ ‫עס שטייט (במדבר יא‪ ,‬ד)‪" :‬וְ ָה ַ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫אמר ּו ִמי יַ ֲא ִכ ֵלנ ּו ָ ּב ָשר" – די ערב רב האט‬ ‫וַ ִ ּי ְב ּכ ּו ַ ּגם ְ ּבנֵ י יִ ְש ָר ֵאל וַ ּי ְ‬ ‫זיך אפגערעדט אז מען האט נישט קיין פלייש צו עסן‪ .‬זאגט רש"י‪:‬‬ ‫"מי יאכלנו בשר ‪ -‬וכי לא היה להם בשר והלא כבר נאמר וגם ערב רב‬ ‫עלה אתם וצאן ובקר וגו'‪ ,‬אלא שמבקשים עלילה" – זיי האבן געהאט‬ ‫גענוג פלייש‪ ,‬נאר זיי האבן כסדר געזוכט זיך אפצורעדן‪ .‬און אזוי‬ ‫ֹ‬ ‫זאגט רש"י אויך פריער דארט (פסוק א)‪" :‬וַ יְ ִהי ָה ָעם ְּכ ִמ ְתאנֲ נִ ים ‪-‬‬ ‫מבקשים עלילה האיך לפרוש מאחרי המקום" – די ערב רב האבן זיך‬ ‫א גאנצן צייט געזוכט סיבות אויף וואס זיך צו באקלאגן‪ .‬קומט אויס‪,‬‬ ‫אז זיי זענען געווען ממש דער היפוך פון דער מדה פון אהרן – וואס‬ ‫ער האט אריינגעברענגט אין אידן א כח פון 'דעת קנית מה חסרת'‪,‬‬ ‫אז עס פעלט נישט גארנישט קיינמאל‪ ,‬און זיי האבן אריינגעברענגט‬ ‫א פארקערטן כח‪ ,‬אז עס איז קיינמאל נישט גוט! וויפיל גוטס מען‬ ‫האט נאר‪ ,‬איז אלעמאל דא א 'חסרון' אויף וואס זיך אפצורעדן! און‬ ‫דערפאר פארשטייט מען פארוואס עס איז געווען 'פלטן הענן'‪ ,‬ווייל‬ ‫זיי אליינס זענען ארויסגעלאפן פונעם ענן! זיי האבן נישט געקענט‬ ‫פארנעמען דעם 'ענן'! זיי זענען געווען אזוי פארקערט פונעם גאנצן‬ ‫מהות פונעם ענן‪ ,‬וואס האט משפיע געווען א 'השפעת הדעת'‪ ,‬אז‬ ‫אלעס איז גוט און עס פעלט נישט גארנישט – אז פון זיך אליינס‬ ‫האבן זיי זיך נישט געטראפן דאס פלאץ דארטן‪ ,‬נאר זענען‬ ‫ארויסגעגאנגען פון דארט‪ ,‬כדי זיך צו קענען אפרעדן‪.‬‬ ‫אין מחסור ליראיו – דער ערליכער איד האט אלעמאל 'אלעס'‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש‪" :‬דבר אל אהרן בהעלותך את‬ ‫ֹׁ‬ ‫הנרות‪ ,‬זה שאמר הכתוב (תהלים לד‪ ,‬י) יְ רא ּו ֶאת ה' ְקד ָשיו ִּכי ֵאין‬ ‫ֹ‬ ‫ַמ ְחסור ִל ֵיר ָאיו"‪ .‬ווייל דא אין דער פרשה פון 'בהעלותך את הנרות'‬ ‫זעט מען דאך דעם 'מדת ההשתוות' פון אהרן הכהן‪ ,‬אז ער איז נישט‬ ‫כ‬ ‫נשתנה געווארן פונעם 'שבחו של אהרן' וואס דער אייבערשטער‬ ‫האט אים געזאגט‪ ,‬וויבאלד ער האט געהאט אלעס‪ ,‬און עס האט אים‬ ‫נישט אויסגעפעלט צו הערן קיין שבחים אויף זיך‪ .‬און דערפאר האט‬ ‫ֹ‬ ‫דאס א שייכות מיטן פסוק ִּ‬ ‫"כי ֵאין ַמ ְחסור ִל ֵיר ָאיו"‪ ,‬אז צדיקים זענען‬ ‫אלעמאל אין דער בחינה פון 'אין מחסור'‪ ,‬עס פעלט זיי גארנישט‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫ער האט געהאט א פחד פונעם 'ומשלם לשונאיו'‪...‬‬ ‫עס איז באקאנט די מעשה‪ ,‬אז ביי די גרויסע אוסטילא חתונה זענען‬ ‫זיך צוזאמגעקומען אסאך גרויסע צדיקים‪ ,‬און עס זענען דארט‬ ‫געווען זיבעציג ווייסע בעקיטשעס אויף דער חתונה‪ ,‬עס איז געווען‬ ‫א געוואלדיגער כבוד‪ .‬אבער דער אפטער רב איז געזעסן‬ ‫איינגעשפארט ביי זיך אין צימער און מען האט געווארט אז ער זאל‬ ‫אריינקומען צו דער חתונה‪ .‬אזויווי עס האט גענומען זייער לאנג‪,‬‬ ‫האט מען אריינגעשיקט דעם ראדאשיצער זצ"ל ‪ -‬וואס ער איז געווען‬ ‫א תלמיד‪ ,‬אז ער זאל אריינגיין זען וואס דער רבי מאכט‪ .‬ווי ער איז‬ ‫אריינגעקומען‪ ,‬האט ער געזען ווי ער זיצט פאר'דאגה'ט‪ ,‬האט ער‬ ‫ווארט"‪ .‬האט ער געזאגט‪" :‬איך האב מורא‬ ‫געזאגט‪" :‬רבי‪ ,‬דער עולם ַ‬ ‫צי עס איז נישט קיין‪(...‬משלם לשונאיו)‪ .‬האט דער ראדאשיצער זיך‬ ‫אנגערופן‪" :‬לויט ווי דער רבי האט אונז געלערנט 'ווער' דער כביכול‬ ‫איז‪ ,‬מיינט ער נישט 'דאס'‪ ."...‬האט דער אפטער רב געזאגט‪" :‬אזוי?‬ ‫אזוי?"‪ ,‬ער האט זיך מחיה געווען מיט דאס ווארט‪ ,‬און ער איז‬ ‫ארויסגעקומען צו דער חתונה‪.‬‬ ‫דער צדיק זעט נישט קיין חסרון – דערפאר האט ער א פחד פון אזעלכע שלימות'דיגע טובות‬ ‫עס קען זיין פשט אין דער מעשה‪ ,‬ווייל א געווענליכער מענטש ווען‬ ‫ער באקומט א שפע פון הימל‪ ,‬ווערט ער נישט צוטראגן דערפון‪,‬‬ ‫ווייל סיי ער האלט אז עס קומט זיך אים‪ ,‬און סיי ער האלט אז די‬ ‫טובה איז נישט בשלימות‪ ,‬ווייל ער זעט אלעמאל חסרונות דערין‪.‬‬ ‫אבער ווען דער צדיק באקומט א טובה – ווערט ער ביי זיך זייער‬ ‫צובראכן‪ ,‬ווייל סיי ער האלט אז עס קומט אים נישט‪ ,‬און סיי ער זעט‬ ‫נישט קיין שום חסרון אין דער טובה‪ ,‬עס איז ממש א שלימות'דיגע‬ ‫טובה‪ ,‬ממילא‪ ,‬שפירט ער זיך ווי דער אייבערשטער איז מטיב מיט די‬ ‫גרעסטע הטבה פאר אזא איינעם וועמען עס קומט זיך נישט‪ ,‬און ער‬ ‫האט גאר א פחד‪ ,‬צי דאס איז נישט א בחינה פון 'ומשלם לשונאיו'‪.‬‬ ‫אכ‬ ‫ער בארואיגט זיך אז מען האט עס געגעבן בלויז כדי משפיע צו זיין פאר אנדערע‬ ‫אבער לויט דעם דארף מען פארשטיין‪ ,‬וויאזוי האט זיך דער אפטער‬ ‫רב בארואיגט מיט די ווערטער פונעם ראדושיצער? די קושיא‬ ‫איז דאך נישט פארענטפערט געווארן‪ ,‬ווייל דאס צובראכנקייט וואס‬ ‫ער האט געהאט אז עס קומט אים נישט – איז דאך ווייטער געבליבן?‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫נאר עס קען זיין‪ ,‬אז דער אפטער רב האט אפגעמאכט‪" :‬אין הכי נמי‪,‬‬ ‫עס קומט מיר נישט! אבער דער אייבערשטער גיבט עס מיר נישט‬ ‫חלילה 'לרעתו'‪ ,‬נאר פארקערט‪ ,‬דער אייבערשטער גיבט עס מיר‬ ‫'להיטיב' פאר אנדערע אידן! די גאנצע שפע קומט זיך מיר נישט‪ ,‬נאר‬ ‫איך דארף זיין דער 'בעל שמחה' און טיילן שמחה פארן עולם! איך‬ ‫דארף עס ווייטער משפיע זיין פאר אנדערע‪ ,‬און נישט נעמען‬ ‫גארנישט פאר מיר!"‪ .‬און מיט דעם האט ער זיך בארואיגט‪ .‬קומט‬ ‫אויס‪ ,‬אז דוקא דורכן 'יראה' וואס דער צדיק האט פון דער טובה‪,‬‬ ‫ווערט גאר גרעסער די שמחה‪ ,‬ווייל דורכדעם איז ער משפיע שמחה‬ ‫פאר אלע אידן ארום‪.‬‬ ‫ווייל 'אין מחסור ליראיו' דערפאר 'יראו את ה' קדושיו' – האבן זיי א 'יראה' און נוצן עס נישט‬ ‫פאר זיך‬ ‫ֹׁ‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק‪" :‬יְ רא ּו ֶאת ה' ְקד ָשיו ִּכי ֵאין‬ ‫ֹ‬ ‫ַמ ְחסור ִל ֵיר ָאיו" – די צדיקים האבן א 'יראה' פון דעם וואס עס‬ ‫איז 'אין מחסור ליראיו'‪ ,‬ווייל דורכדעם וואס עס פעלט זיי גארנישט‬ ‫און זיי זעען שלימות אין יעדע טובה – שפירן זיי אז עס קומט זיך זיי‬ ‫נישט די טובה‪ ,‬און זיי האבן מורא דאס צו נעמען פאר זיך‪ ,‬נאר זיי‬ ‫נוצן דאס משפיע צו זיין טובות פאר אידישע קינדער‪ .‬און דאס איז‬ ‫געווען די בחינה פון 'אהרן קדוש ה''‪ ,‬וואס ער איז געווען 'אוהב שלום‬ ‫ורודף שלום'‪ ,‬אז ער האט געזוכט נאר משפיע צו זיין די מדה פון‬ ‫'דעת קנית' פאר אלע אידישע קינדער‪ ,‬כדי אז יעדער זאל האבן די‬ ‫שמחה פון די ענני הכבוד‪.‬‬ ‫דער צדיק טיילט אלעס אויס פאר צדקה – צוליב דעם צובראכנקייט אז עס קומט זיך אים‬ ‫גארנישט‬ ‫די זעלבע בחינה זאגט דער נועם אלימלך (פר' לך ד"ה ואברםגי) אויפן‬ ‫ֹ‬ ‫פסוק (בראשית יג‪ ,‬ב)‪" :‬וְ ַא ְב ָרם ָּכ ֵבד ְמאד ַ ּב ִּמ ְקנֶ ה ַ ּב ֶּכ ֶסף ּו ַב ָ ּז ָהב"‪ ,‬אז עס‬ ‫האט געארט פאר אברהם אבינו‪ ,‬פארוואס דער אייבערשטער האט‬ ‫אים משפיע געווען אזויפיל געלט‪ ,‬ווייל ער האט געהאלטן אז ער‬ ‫בכ‬ ‫איז נישט ראוי דערצו‪ ,‬און די גאנצע געלט איז געווען ביי אים א‬ ‫וזל"ק‪" :‬ואברם כבד מאוד כו'‪ .‬דהצדיק כשנשפע לו שפע מהשם יתברך מתירא‬ ‫גי‬ ‫מזה מאוד ע"ד קטונתי כו'‪ .‬ועל כן הוא מתגבר יותר בעבודת השם יתברך‪ ,‬וכו'‪,‬‬ ‫וזהו ואברם כבד מאוד במקנה‪ ,‬רוצה לומר שהיה לו למשא מה שהשפיע לו‬ ‫השם יתברך מקנה כסף וזהב"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫שווערע משא‪ .‬און לויט די מעשה פונעם אפטער רב קען מען זאגן‪,‬‬ ‫אז אברהם אבינו האט אויך מורא געהאט צי דער גאנצער השפעה‬ ‫פון עשירות איז נישט קיין 'משלם לשונאיו' וכדומה‪ .‬און דערפאר‬ ‫האט ער טאקע נישט נהנה געווען פון דאס עשירות‪ ,‬נאר ער האט‬ ‫געטון דערמיט הכנסת אורחים און חסד‪.‬‬ ‫ערב סוכות האט יעדער איד אזא בחינה ‪ -‬פון גרויס שמחה מיט די שלימות'דיגע חסדים וויל ער‬ ‫אויסטיילן ווי מער צדקה‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם מנהג פון טיילן צדקה ערב סוכות‪.‬‬ ‫ווייל דעמאלט גרייט מען זיך אריינצוגיין אין דער סוכה וועלכע‬ ‫האט די בחינה פון 'דעת קנית מה חסרת'‪ ,‬וואס דער מענטש שפירט‬ ‫אז דער אייבערשטער טוט מיט אים אזעלכע חסדים בשלימות – ָאן‬ ‫קיין שום חסרון‪ .‬און ער שפירט ביי זיך א צובראכנקייט‪ ,‬אז עס קומט‬ ‫זיך אים נישט‪ .‬און ער מאכט זיך א חשבון אז די אלע טובות וואס‬ ‫דער אייבערשטער האט אים געגעבן‪ ,‬איז דער תכלית אז ער זאל‬ ‫דערמיט מטיב זיין און דערפרייען אנדערע אידישע קינדער‪ .‬און‬ ‫דערפאר נעמט ער זיין געלט און טיילט דאס אויס פאר די עניים‪ ,‬כדי‬ ‫משמח צו זיין זייערע הערצער מיטן שמחת יום טוב‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫להקפות‬ ‫א) עס ווערט געברענגט אין נאמען פונעם ערשטן בעלזער רב‪ ,‬דער‬ ‫שר שלום זכותו יגן עלינו‪ ,‬אז ער האט געזאגט‪" :‬די מעלות און‬ ‫די גרויסקייט פון די ריקודים און הקפות עד היכן הדברים מגיעים –‬ ‫ווייסט ער נישט‪ ,‬אבער דאס קען ער יא זאגן‪ ,‬אז דאס איז מעלה אלע‬ ‫גכ‬ ‫תפילות פון א גאנץ יאר – וואס האבן נישט געהאט קיין עליה"‪.‬‬ ‫לכאורה‪ ,‬וואס איז דער שייכות פון די ריקודים צום ענין פון 'עליית‬ ‫התפלות'?‬ ‫ׂ‬ ‫"ל ִ ּבי ּו ְב ָש ִרי יְ ַר ְ ּננ ּו ֶאל ֵא‪-‬ל ָחי"‪ .‬לכאורה‪,‬‬ ‫ב) עס שטייט (תהלים פד‪ ,‬ג)‪ִ :‬‬ ‫וואס איז דער חילוק צווישן 'לבי' און 'בשרי'‪ ,‬עס איז דאך‬ ‫היינו הך?‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫ג) דער אמרי נועם (לשמע"ת אות כדדי) זאגט‪ ,‬אז שמיני עצרת איז שוין א‬ ‫בחינה פון תיקון העתיד‪ .‬ער זאגט גרויסע בחינות‪ ,‬אבער מען דארף‬ ‫עס אביסל מקרב זיין אל השכל לויט אונזער פשוט'ע מדרגה?‬ ‫שמיני עצרת נעמט מען אוועק דעם 'לב האבן' וועלכע שטערט פון עבודת ה'‬ ‫ֹ‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬עס שטייט (יחזקאל לו‪ ,‬כו)‪" :‬וַ ֲה ִסר ִתי ֶאת‬ ‫ׂ‬ ‫ׂ‬ ‫ֵלב ָה ֶא ֶבן ִמ ְ ּב ַש ְר ֶכם וְ נָ ַת ּ ִתי ָל ֶכם ֵלב ָ ּב ָשר" – דער אייבערשטער‬ ‫זאגט צו‪ ,‬אז לעתיד וועלן אידן האבן א 'לב בשר' אנשטאט דעם 'לב‬ ‫האבן'‪ .‬דאס הייסט‪ ,‬אז לעתיד וועט נישט זיין קיין יצר הרע – וועלכער‬ ‫ווערט אנגערופן 'אבן נגף'‪ ,‬און ממילא וועט דאס הארץ זיין אינגאנצן‬ ‫צום אייבערשטן! עס וועט נישט זיין קיין שום עיכוב פון צו דינען‬ ‫דעם אייבערשטן‪ .‬און דאס קען זיין די כונה פונעם אמרי נועם‪ ,‬אז אין‬ ‫שמיני עצרת באקומט יעדער איד א 'לב בשר' ָאן די אלע עיכובים‬ ‫פונעם יצר הרע‪.‬‬ ‫דורכן 'ירננו' – טאנצן פארן אייבערשטן – באקומט מען 'לבי ובשרי' ‪ -‬א 'לב בשר'‬ ‫ׂ‬ ‫"ל ִ ּבי ּו ְב ָש ִרי" – ווען קען מען‬ ‫מיט דעם קען מען טייטשן דעם פסוק‪ִ :‬‬ ‫זוכה זיין‪ ,‬אז דער 'לב' זאל זיין פון 'בשר' און נישט פון 'אבן'?‬ ‫דאס קען מען זוכה זיין אינעם טאג ווען די גאנצע מצוה איז "יְ ַר ְ ּננ ּו ֶאל‬ ‫ֵא‪-‬ל ָחי" – זיך צו פרייען‪ ,‬צו זינגען און צו טאנצן פארן לעבעדיגן‬ ‫באשעפער‪ ,‬וואס דאס איז דאך דער מנהג פון שמיני עצרת און שמחת‬ ‫תורה‪ ,‬דעמאלט קען מען זוכה זיין אז דאס הארץ זאל ווערן א 'לב‬ ‫בשר' ווי לעתיד‪.‬‬ ‫וזל"ק‪" :‬והיית אך שמח [דברים טז טו]‪ .‬הנה בלילה ראשונה של ראש השנה‬ ‫די‬ ‫אוכלין תפוח בדבש‪ .‬ורמזנו במקום אחר [במאמר ב לר"ה] שהוא רמז להגדיל‬ ‫דכ‬ ‫צורת הלבנה אשר היא בראש השנה נקודה קטנה‪ ,‬להגדיל קומתה שיהיו שני‬ ‫מאורות שווין כמו שיהיה לעתיד‪ .‬וגמר התיקון הוא ביום אחרון של חג‪ ,‬שהוא‬ ‫שמיני עצרת‪ ,‬שאז הוא יחודא שלים‪ ,‬בבחינת תיקון העתיד‪ ,‬שני מלכים‬ ‫משתמשין בכתר אחד‪ .‬ולזה רמזנו [במאמר כו ובמאמר לו לר"ה] אשר תפו"ח‬ ‫עולה שתי פעמים מאו"ר‪ .‬וטובלין אותו בדבש‪ ,‬כי תפו"ח עם דב"ש עולה ב'‬ ‫פעמים מל"ך עם כת"ר‪ ,‬רומז על שני מלכים משתמשין בכתר אחד‪ .‬והוא הרמוז‬ ‫בקרא והיי"ת א"ך שמ"ח‪ ,‬עולה ג"כ ב' פעמים מל"ך עם כת"ר‪ ,‬שזה הוא בשמיני‬ ‫עצרת‪ ,‬שהוא שמחת תורה"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫היינט אין גלות מוז זיין א תערובת פון 'מחשבות זרות' ביים דאווענען אפילו ביי צדיקים‬ ‫דער נועם אלימלך זאגט (פרשת אחרי ד"ה בזאתוט)‪ ,‬אז ווילאנג מיר זענען‬ ‫אין גלות מוז מען געבן עפעס א יניקה פאר יענע חברה‪ ,‬און דערפאר‬ ‫קענען נישט די תפלות פון צדיקים זיין אינגאנצן ריין פון מחשבות‬ ‫זרות‪ .‬און נאר לעתיד ווען עס וועט זיין 'כי תעביר ממשלת זדון מן‬ ‫הארץ'‪ ,‬דעמאלט וועלן די תפלות זיין אינגאנצן ריין‪.‬‬ ‫שמיני עצרת קען מען יא דאווענען א ריינע דאווענען‬ ‫קומט דאך אויס‪ ,‬אז לויטן אמרי נועם אז שמיני עצרת איז 'תיקון‬ ‫העתיד'‪ ,‬און ווי מיר זאגן‪ ,‬אז דאס מיינט טאקע דעם ענין פון‬ ‫'לב בשר'‪ ,‬אז מען קען האבן א ריין הארץ ָאן קיין שום עיכוב פונעם‬ ‫יצר הרע – פונקט ווי לעתיד‪ ,‬נו אויב אזוי‪ ,‬קען מען דאך יעצט‬ ‫דאווענען א ריינע תפלה ָאן קיין מחשבה זרה!‬ ‫דורכדעם קען מען מעלה זיין אלע תפלות פון א גאנץ יאר‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דאס ווארט פון בעלזער רב‪ ,‬אז מיט די‬ ‫הקפות פון שמחת תורה קען מען מעלה זיין אלע תפלות וואס‬ ‫זענען נישט נתעלה געווארן א גאנץ יאר‪ .‬ווייל די אלע תפלות וואס‬ ‫האבן נישט געהאט קיין עליה‪ ,‬איז דאך נאר צוליב די מחשבות זרות‬ ‫וואס קומט פון יענע חברה וואס לאזן נישט ארויפגיין די תפלות‪.‬‬ ‫אבער לעתיד וועט דאך אלעס נתעלה ווערן‪ .‬ממילא‪ ,‬היינט שמיני‬ ‫עצרת ווען עס איז 'ירננו לא‪-‬ל חי'‪ ,‬קען א איד קומען צו דער מדרגה‬ ‫פון 'לבי ובשרי'‪ ,‬אז ער זאל ממש דאווענען מיט א 'לב בשר' ָאן קיין‬ ‫מחשבות זרות‪ ,‬ממילא האט ער א כח מעלה צו זיין די אלע תפילות‬ ‫פון א גאנץ יאר‪.‬‬ ‫הכ‬ ‫וזל"ק‪" :‬בשביל החטאת והחסרון הבלתי אפשרי לצדיק זולתו שאי אפשר‬ ‫וט‬ ‫שיהיה כל תפלתו זכה וצלולה מכל סיג ופסולת מחשבה זרה‪ ,‬והוא מחמת‬ ‫ב' סיבות האחת מחמת שאדם אחר עושה איזה חטא חלילה מזה נמשך שיבא‬ ‫איזה הרהור לצדיק בתפלתו כדי שיעלה אותו הדבר לכפר עליו וסיבה הב' כי‬ ‫כל זמן שאנחנו בגלות המר צריך ליתן יניקה לסטרא אחרא כדי שיהיה להם‬ ‫חיות קצת עד שיבא משיח צדקינו ויעביר ממשלת זדון מן הארץ"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫‪Ƿ‬‬ ‫תשוקתו לקדושת החג בזכרון עבודת הצדיקים‬ ‫מדי דברי המו מעי ‪-‬‬ ‫שמחת יום טוב‬ ‫לוסטיגע טעג‪...‬‬ ‫נאך יום הקדוש האט דער קאלאשיצער רב זיך אנגערופן מיט א‬ ‫שמחה‪" :‬ברוך השם‪ ,‬אז עס גייען שוין די לוסטיגע טעג!"‪.‬‬ ‫זיך געזארגט אז די חסידים זאלן מקיים זיין 'ושמחת'‬ ‫איך בין געווען אמאל ביים סקווירא רבי'ן ז"ל חול המועד סוכות‪ .‬ווי‬ ‫נאר איך בין אריינגעקומען און אים געגעבן 'שלום'‪ ,‬זאגט ער‬ ‫מיר‪" :‬ראש השנה און יום כיפור‪ ,‬מורא האבן‪ ,‬מורא האבן‪ ,‬נו דאס‬ ‫מילא! אבער 'ושמחת בחגך'‪ ,‬וויאזוי איז מען דאס מקיים?!"‪.‬‬ ‫יארן לאנג איז מיר שווער געווען‪" :‬ווער דען איז מקיים דעם 'ושמחת'‬ ‫אויב נישט די צדיקים? אויב אים איז שווער געווען מקיים צו‬ ‫זיין דעם 'ושמחת בחגך'‪ ,‬נו‪ ,‬וואס זאלן מיר שוין זאגן?"‪.‬‬ ‫עס איז מיר איינגעפאלן א שטיקל תירוץ‪ .‬עס שטייט‪" :‬ושמחת בחגך‬ ‫אתה ובנך ובתך עבדך ואמתך והלוי"‪ ,‬און אין שו"ע ווערט‬ ‫גע'פסקנ'ט (תקכ"ט ס"ב) אז מען דארף דערפרייען די אלע 'נלוים אליו'‪.‬‬ ‫קומט אויס‪ ,‬אז א רבי דארף אריינברענגען שמחה אויך אין אלע‬ ‫חסידים וואס זענען נלווה צו אים‪ .‬עס קען זיין אז דאס האט דער‬ ‫סקווירא רבי געמיינט צו זאגן‪" :‬מילא ער פאר זיך זאל מקיים זיין‬ ‫דעם 'ושמחת' ‪ -‬וואלט נאך געקענט מיטגיין‪ ,‬אבער אריינצוברענגען‬ ‫שמחה אין אלע חסידים ‪ -‬דאס איז שוין נישט קיין קליינע עבודה‪."...‬‬ ‫מען קען דאס אביסל אונטערבעטן‪ ,‬מיט אן עבודת ישראל‪ .‬די משנה‬ ‫זאגט‪" :‬ערב יום כיפורים שחרית מעבירין לפניו פרים ואילים‬ ‫וכבשים כדי שיהא מכיר ורגיל בעבודה"‪ .‬פרעגט די גמרא‪ :‬פארוואס‬ ‫האט מען נישט דורכגעפירט די 'שני שעירים'? ענטפערט די גמרא‪:‬‬ ‫וכ‬ ‫וויבאלד עס קומט אויף א חטא‪ ,‬איז 'חלשא דעתיה'‪ .‬פרעגט די גמרא‪:‬‬ ‫די 'פרים' קומען דאך אויך אויף א חטא? ענטפערט די גמרא‪ :‬די פרים‬ ‫זענען בלויז פאר זיין שבט‪ ,‬און 'באחיו הכהנים אי איכא איניש דאית‬ ‫ביה מילתא מידע ידע ליה ומהדר ליה בתשובה' – ביי זיין שבט ווייסט‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫ער און ער איז אים מחזיר בתשובה‪ ,‬אבער ביי גאנץ כלל ישראל‬ ‫ווייסט ער נישט‪.‬‬ ‫פון וואו ווייסט טאקע דער כהן גדול‪ ,‬ווער פון זיין שבט עס האט‬ ‫געזינדיגט? זאגט דער עבודת ישראל (בד"ה ערב יוה"כ שחריתזט) א‬ ‫שטארקן הסבר‪ :‬ווייל אויב אין זיין שבט איז דא א פגם ח"ו‪ ,‬פילט‬ ‫דער 'ראש השבט' עפעס א חסרון אין זיין גרויסע מדרגה‪ ,‬און פון‬ ‫דארט באקומט ער די ידיעה‪ ,‬אז יענער האט געזינדיגט און ממילא‬ ‫ווייסט ער אים מחזיר בתשובה צו זיין‪.‬‬ ‫עס שטייט דאך‪ ,‬אז די 'נלווים אליו' פון א צדיק זענען פון זיין שורש‬ ‫נשמה‪ ,‬ממילא האבן דאך די נלווים א שייכות צו אים – פונקט ווי‬ ‫דער שבט צום כהן גדול‪ .‬קומט אויס‪ ,‬אז דארט וואו עס פעלט אין‬ ‫דעם 'ושמחת' ביי די נלווים אליו ‪ -‬פילט דאס דער צדיק אליין אויך!‬ ‫מיט דעם קען מען שוין פארשטיין וואס דער סקווירא רבי ז"ל האט‬ ‫געמיינט ביים פרעגן‪' :‬ושמחת בחגך'‪ ,‬וויאזוי איז מען דאס מקיים?!"‪.‬‬ ‫זיך מאכן פרייליך‪...‬‬ ‫דער הייליגער קאלאשיצער רב זצ"ל פלעגט זאגן‪" :‬אז מען מאכט זיך‬ ‫אן ערליכער איד – ווערט מען אן ערליכער איד!"‪ .‬מיט דעם‬ ‫קען מען טייטשן‪" :‬ושמחת בחגך" – אז דו וועסט דיך מאכן פרייליך‪,‬‬ ‫אפילו אויב עס איז נאכנישט אמת'דיג‪" ,‬והיית אך שמח" – וועסטו‬ ‫ווערן פרייליך‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫זכ‬ ‫ב וזל"ק‪" :‬ואם הדבר נפלא להבין על כל שבט הכהונה שהיו רבים מאוד‪ ,‬איך‬ ‫זט‬ ‫פשיטא להו דמידע ידע ליה‪ ,‬נוכל לומר כיון דהוא היה ראש השבט‪ ,‬אז על ידי‬ ‫קדושתו יוכל להרגיש‪ ,‬אם היה בם איזה פגם וחטא בודאי נפגם קצת קדושתו‬ ‫ע"י זה"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫עבודת הסוכה‬ ‫די שענסטע נוי סוכה – צדקה פאר ארימעלייט‬ ‫דער ראזוואדאווער רב‪ ,‬רבי משה'לע ז"ל האט געהאט גאר א‬ ‫הערליכע באצירטע סוכה‪ ,‬אזוי ווייט אז די פריצים פון די‬ ‫געגנט פלעגן קומען זען די סוכה‪ .‬איינמאל‪ ,‬בשעת ווען דער‬ ‫ראזוואדאווער רב איז אריינגעקומען אין דער סוכה‪ ,‬האט ער געגעבן‬ ‫א קרעכץ און געזאגט‪" :‬אה‪ ,‬דער צאנזער רב האט פארטיילט צדקה‬ ‫ערב סוכות אכצן הונדערט גילדן‪ ,‬דאס איז נוי סוכה!"‪.‬‬ ‫עס קומט נישט צו צום דארפסמאן‪...‬‬ ‫איינמאל איז דער ראזוואדאווער רב‪ ,‬רבי משה'לע ז"ל אריינגעקומען‬ ‫אין זיין סוכה‪ ,‬און געזאגט "מקנא בין איך דעם דארפס‬ ‫דארף‪ ,‬און קיינער ווייסט‬ ‫איד‪ ,‬וואס ער מאכט זיך זיין סוכה'לע אין ָ‬ ‫נישט און קיינער זעט נישט"‪.‬‬ ‫אוועקגעגעבן האלב עולם הבא – אבי צו שלאפן אין דער סוכה‬ ‫דער קאלאשיצער רב האט דערציילט‪ :‬ר' לייביש טארניגראדער (דער‬ ‫פאטער פונעם צאנזער רב זצ"ל) האט געוואלט שלאפן אין דער סוכה‪,‬‬ ‫אבער עס איז געווען זייער קאלט און ער האט נישט געטראפן‬ ‫קיינעם וועלכער זאל מסכים זיין צו קומען שלאפן מיט אים (און‬ ‫אליינס‪ ,‬האט ער נישט געוואלט שלאפן‪ ,‬כמובא בספה"ק)‪ .‬ביז ער האט זיך‬ ‫איינגעבעטן ביי איינעם און אים צוגעזאגט א האלב פון זיין עולם‬ ‫הבא‪ ,‬און דעמאלט האט יענער מסכים געווען צו שלאפן מיט אים‬ ‫אין דער סוכה‪.‬‬ ‫יארן זענען דורכגעלאפן‪ ,‬ר' לייבוש איז שוין געווען אויפן עולם‬ ‫האמת‪ ,‬און דער מענטש איז קראנק געווארן ל"ע און געזען אין‬ ‫חלום אז ר' לייבוש קומט צו אים און ער זאגט אים‪" :‬עס איז שוין‬ ‫געקומען דיין צייט צו גיין פון דער וועלט‪ ,‬אבער אויב דו וועסט מיר‬ ‫חכ‬ ‫מוותר זיין פון מיין צוזאג צו באקומען האלב פון מיין עולם הבא –‬ ‫וועסטו געזונט ווערן און לעבן נאך יארן!"‪ .‬האט יענער זיך אנגערופן‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫(אין חלום)‪" :‬איך בין מסכים מוותר צו זיין!"‪ .‬און דער איד האט טאקע‬ ‫געהאט א רפואה שלימהזי‪.‬‬ ‫ווען דער קאלאשיצער רב האט געענדיגט פארציילן די מעשה‪ ,‬האט‬ ‫ער געפרעגט פון ר' יצחק לייכטאג ע"ה‪" :‬איטשע‪ ,‬וואס‬ ‫האלטסטו‪ ,‬האט דער איד גוט געטון אז ער האט מוותר געווען?"‪.‬‬ ‫האט ער געענטפערט‪" :‬אודאי נישט!"‪ .‬האט זיך דער קאלאשיצער רב‬ ‫אויפגעשטעלט און זיך צושריגן מיט התלהבות‪" :‬חס ושלום! א איד‪,‬‬ ‫ווי לאנג ער לעבט‪ ,‬קען ער זיך אויסארבייטן ביז צו דער מדרגה פון‬ ‫אברהם אבינו!"‪ .‬און ער האט נאכאמאל איבערגעזאגט‪" :‬חס ושלום!‬ ‫א איד‪ ,‬ווי לאנג ער לעבט‪ ,‬קען ער זיך אויסארבייטן ביז צו דער מדרגה‬ ‫פון אברהם אבינו!"‪.‬‬ ‫נישט געזען קיין פליג אין דער סוכה‬ ‫אינעם ספר "שבחי רב ייבי" (פון אוסטראה‪ ,‬א תלמיד פונעם מעזריטשער מגיד)‬ ‫ברענגט ער א מעשה‪ ,‬אז אין דער סוכה פון רב ייבי פלעגט‬ ‫קיינמאל נישט אריינקומען קיין פליג‪[ .‬דאס איז געווען א גרויסער‬ ‫חידוש‪ ,‬ווייל אינדערהיים איז דאך נישט געווען אויסגעפלאסטערט‬ ‫אזויווי דאהי‪ ,‬און בכלל האט מען נישט געקענט רייניגן אזויווי היינט‪,‬‬ ‫און געווענליך פלעגט איבעראל זיין פול מיט פליגן]‪ .‬רבי פנחס‬ ‫קאריצער האט דעמאלט אויך געוואוינט אין אוסטראה [צוליב די‬ ‫רדיפות אין זיין שטאט קאריץ‪ ,‬איז ער געווארן איינגעלאדענט דורך‬ ‫רב ייבי צו קומען קיין אוסטראה]‪ ,‬און מען האט אים פארציילט דעם‬ ‫גרויסן פלא‪ ,‬אז אין רב ייבי'ס סוכה איז נישטא קיין פליג [ווייזט אויס‬ ‫אז אין דער סוכה פון רבי פנחס איז יא געווען פליגן]‪ ,‬איז עס געווען‬ ‫א גרויסער חידוש ביי אים‪ ,‬האט ער געזאגט אז ער וויל דאס אליינס‬ ‫זען מיט די אייגענע אויגן‪ .‬איז ער אריבערגעגאנגען צו רב ייבי'ן און‬ ‫געזעסן דארט א שטיק צייט‪ ,‬און עס איז טאקע נישט געווען קיין איין‬ ‫טכ‬ ‫פליג‪ .‬איידער ער האט זיך אויפגעהויבן אוועקצוגיין‪ ,‬איז אראפגעפאלן‬ ‫איך האב געהערט פארציילן א גירסא‪ ,‬אז דער איד האט שפעטער חרטה‬ ‫זי‬ ‫געהאט פארוואס ער האט אויפגעגעבן אויף אזא הבטחה‪ ,‬און ער איז געקומען‬ ‫צום צאנזער רב און פארציילט די מעשה‪ ,‬זאגנדיג "איך האב חרטה וואס איך‬ ‫האב געזאגט פאר אייער טאטן"‪ ...‬אבער דער צאנזער רב האט אים גארנישט‬ ‫געענטפערט‪ ,‬נאר געשמייכלט‪...‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫איין פליג פון דער סכך‪ .‬האט רבי ייבי זיך אנגערופן‪" :‬דאס איז נאר‬ ‫כדי לפייס דעתכם‪."...‬‬ ‫לכאורה דארף די מעשה א שטיקל הסבר‪ .‬ווייל רבי פנחס'ל קאריצער‬ ‫איז דאך געווען פון די גרעסטע צדיקים בדורו‪ ,‬נו‪ ,‬ווי קומט‬ ‫דאס‪ ,‬אז ביי אים אין דער סוכה איז יא געווען פליגן? האט ער דען‬ ‫נישט געקענט ממשיך זיין דעם זעלבן ענין ווי רב ייבי?‬ ‫נאר מען קען אפשר זאגן‪ ,‬די משנה (אבות ה‪ ,‬ה) רעכנט אויס צווישן די‬ ‫עשרה נסים וואס זענען געווען אין בית המקדש‪" :‬ולא נראה‬ ‫זבוב בבית המטבחים" – מען האט קיינמאל נישט געזען קיין פליג‬ ‫אינעם בית המטבחים‪ ,‬וואו מען האט געוואשן די פלייש‪ .‬קען מען‬ ‫לערנען צוויי וועגן‪ :‬אז בעצם האט מען אינעם גאנצן בית המקדש‬ ‫נישט געזען קיין פליג‪ ,‬נאר די משנה רעדט בלויז פונעם בית‬ ‫המטבחים‪ ,‬ווייל נאר דארט האט מען געדארפט אנקומען צו א נס‪ ,‬אז‬ ‫כאטש מען האט דארט עוסק געווען מיט פלייש און בלוט‪ ,‬דאך איז‬ ‫נישט געווען דארט קיין פליגחי‪.‬‬ ‫אדער קען מען לערנען אז בלויז דארט איז נישט געווען קיין פליג‪,‬‬ ‫וויבאלד דארט האט זיך דורכדעם ארויסגעוויזן דער חביבות‬ ‫פונעם אייבערשטן צו כלל ישראל‪ ,‬אז עס איז נישט געווען קיין פליג‬ ‫– למעלה מדרך הטבע‪ ,‬אבער אין אנדערע פלעצער אינעם בית‬ ‫המקדש איז אפשר יא געווען‪ ,‬וויבאלד דארט איז עס נישט קיין נס אז‬ ‫עס איז נישטא קיין פליג‪ .‬און אזוי איז טאקע משמע דער פשטות‬ ‫המשנה‪ ,‬וואס עס שטייט נישט 'אפילו' בבית המטבחיםטי‪.‬‬ ‫עס איז דאך באקאנט וואס דער ערשטער בעלזער רב דער שר שלום‬ ‫ז"ל האט געזאגטכ‪ ,‬אז די סוכה האט קדושת בית המקדש‪ .‬ממילא‬ ‫וכן מובא במדרש שמואל בשם מהר"ם אלשקר‪.‬‬ ‫חי‬ ‫ל‬ ‫וכן פירש בספר פרקי משה ממהר"ם אלמושנינו‪.‬‬ ‫טי‬ ‫מובא במהרי"ד על חג הסוכות דף רי"ז וזל"ק‪" :‬על פי מה ששמעתי כמה‬ ‫כ‬ ‫פעמים מא"א ז"ל בשם א"ז ז"ל דענין סוכה הוא שהשי"ת מקיף אותנו בקדושת‬ ‫ביהמ"ק מארבע רוחות ולמעלה ולמטה‪ ,‬וגם בחו"ל הוא כך‪ ,‬והן דפני הסוכה‬ ‫וקרקעיתה והסכך‪ ,‬וכן אויר הסוכה הוא אוירא דא"י ממש וכו' ובהקדמה זו אמר‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫קען אפשר זיין‪ ,‬אז יעדער צדיק איז ממשיך זיין עבודה פון א געוויסע‬ ‫עבודה אין בית המקדש אדער פון א געוויסן מקום אין בית המקדש‪.‬‬ ‫לויט דעם קען מען זאגן‪ ,‬אז רב ייבי האט ממשיך געווען דעם קדושת‬ ‫בית המקדש פונעם 'בית המטבחים' וואס דארט איז געווען א נס אז‬ ‫עס איז נישט געווען קיין פליגן‪ ,‬ממילא איז ביי אים אין סוכה אויך‬ ‫נישט געווען קיין פליגן‪ .‬און רבי פנחס קאריצער האט אפשר גאר‬ ‫ממשיך געווען א קדושה פון א העכערן מקום אין בית המקדש‪ ,‬וואס‬ ‫דארט איז נישט געווען דער נס‪ ,‬ממילא איז שוין גארנישט שווער‬ ‫פארוואס ביי אים אין דער סוכה האט יא געקענט זיין פליגן‪.‬‬ ‫א טעם אינעם 'לישב בסוכה'‬ ‫רבי איציקל פשעווארסקער זצ"ל האט אמאל געזאגט‪" :‬איך ווייס‬ ‫נישט צו עס איז דא א בעסערע זאך אויף דער וועלט ווי צו זאגן‬ ‫ביי קידוש 'ברון אתה ה' מקדש השבת'!"‪ .‬נאך א מינוט טראכטן האט‬ ‫ער צוגעלייגט‪" :‬און אפשר אויך א 'לישב בסוכה'!"‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫עבודת הנענועים‬ ‫גע'פועל'ט ישועות דורך די נענועים‬ ‫דער טאטע זכרונו לברכה האט געהערט פונעם זיידן רבי חיים ראובן‬ ‫ז"ל‪ ,‬וואס ער האט זיך געווייקט אין ראזוואדאוו ביי רבי משה'לע‬ ‫ז"ל‪ .‬אז אמאל סוכות‪ ,‬האט דער רב געמאכט די נענועים ביי הלל‪ .‬און‬ ‫דארטן פלעגט זיין איינגעפירט אז די יונגלעך ‪ -‬די אייניקלעך פונעם‬ ‫ראזוואדאווער רב האבן געהאט אייגענע ד' מינים‪ .‬נו‪ ,‬ווי געווענליך‬ ‫האבן זיך די קינדער צווישן זיך ארומגעשלאגן מיט די ד' מינים‪ ...‬און‬ ‫זיי האבן א שטופ געגעבן דעם ראזוואדאווער רב‪ .‬האט זיך דער רב‬ ‫אל‬ ‫אויפגעהויבן דעם טליתאכ און מקצר געווען‪.‬‬ ‫פעם אחת תורה כל ימי החג"‪.‬‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬אז בשעת די נענועים איז דער טלית געווען אראפגעצויגן אויפן‬ ‫אכ‬ ‫פנים‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫שפעטער נאכן דאווענען‪ ,‬האט דער ראזוואדאווער רב געזאגט‪:‬‬ ‫"פארוואס גיבט מען נישט אכטונג אויף די קינדער? איך‬ ‫האב געדארפט א ישועה פאר א איד‪ ,‬איך האב עס שוין געהאט אזוי‬ ‫בכ‬ ‫(און געוויזן אויף דער האנט פלאך‪ ,‬ווי איינער זאגט‪ :‬איך האב עס שוין געהאט אין דער‬ ‫האנט)‪ ,‬און די לאמפעטעס (‪ -‬ווילדע קינדער) האבן מיך מבלבל געווען‪ .‬און‬ ‫גכ‬ ‫היינט 'מי יודע'!" (צי יענער וועט נאך האבן א ישועה)‪.‬‬ ‫אפגעשטופט מלחמות דורך די נענועים‬ ‫ביים ראזוואדאווער רב רבי משה'לע ז"ל איז געווען דער סדר אז‬ ‫צווישן מנחה און מעריב‪ ,‬פלעגן די קינדער און קרובים צו גיין‬ ‫און זיך באגריסן‪ .‬און רבי משה'לע האט געפרעגט יעדן איינעם‪" :‬וואס‬ ‫זאגסטו עפעס? וואס הערט זיך עפעס?"‪ .‬איין יאר ווען דער זיידע‬ ‫רבי חיים ראובן ז"ל איז געפארן אויף יום טוב‪ ,‬איז געווען א גרויסער‬ ‫רעש‪ ,‬אז אט אט וועט אויסברעכן א מלחמה‪ .‬ווען ער איז אנגעקומען‬ ‫אויף ראזוואדאוו איז ער ‪ -‬אלס א קרוב ‪ -‬אויך צוגעגאנגען צום רב‬ ‫צווישן מנחה און מעריב‪ .‬האט אים דער רב געפרעגט‪" :‬וואס הערט‬ ‫זיך עפעס?"‪ ,‬האט ער געזאגט‪" :‬דער עולם איז באזארגט אז עס וועט‬ ‫זיין א מלחמה!"‪" .‬אזוי? אויף ווען רעדט מען וועט זיין די מלחמה?"‪.‬‬ ‫מזה רואים‪ ,‬שבשעת הנענועים הוא עת רצון לתפלה‪.‬‬ ‫בכ‬ ‫כידוע פלעגט דער רבי זי"ע זייער לאנג מאריך זיין מיט דער עבודה פון די‬ ‫גכ‬ ‫נענועים‪ .‬הרב החסיד ר' אייזיק קעפעטש שליט"א דערציילט‪ :‬אמאל אינעם‬ ‫צווייטן טאג חוהמ"ס (ח"י תשרי) נאכן דאווענען‪ ,‬זענען מיר אריינגעגאנגען‬ ‫אין דער סוכה צו טרינקען לחיים לעילוי נשמת דעם קאלאשיצער רב זצ"ל‪,‬‬ ‫האב איך געפרעגט דעם רבי'ן‪" :‬דער קאלאשיצער רב האט געמאכט לאנגע‬ ‫נענועים?"‪ .‬האט ער געענטפערט‪" :‬ניין!"‪ .‬און ער האט ממשיך געווען מיט א‬ ‫שמייכל‪" :‬וואס ווילט איר פרעגן?"‪ ,‬און עס איז געווען זעלבסט פארשטענדליך‬ ‫אז ער וויל זיך פארענטפערן אויף דעם וואס ער מאכט יא לאנגע נענועים‪,‬‬ ‫אבער איך האב זיך גארנישט אנגערופן‪ ,‬נאר ער האט זיך אליינס אנגערופן‬ ‫אלס תשובה‪" :‬איך וועל אייך פארציילן א מעשה"‪ ,‬און ער האט דערציילט דעם‬ ‫בל‬ ‫מעשה פונעם ראזוואדאווער רב‪ .‬און ער האט אויסגעפירט‪" :‬נו‪ ,‬וועלכער איד‬ ‫האט דען נישט אויף וואס מתפלל צו זיין?"‪.‬‬ ‫אזוי אויך ווען זיין זון הרה"צ ר' חיים מאיר שליט"א האט אים אמאל געפרעגט‪:‬‬ ‫"דער לאנצוטער זיידע האט אויך געמאכט לאנגע נענועים?"‪ ,‬האט ער‬ ‫געענטפערט‪" :‬ניין!"‪ .‬און ער האט זיך צושמייכלט מיט א זיסן שמייכל און‬ ‫געזאגט‪" :‬איך האב מיך עפעס אזוי צוגעוואוינט‪"...‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫האט ער געענטפערט‪" :‬באלד נאך 'אסיפת גרנות' (נאך סוכות) ווען מען‬ ‫נעמט אריין די תבואה!"‪ .‬האט רבי משה'לע זיך אנגערופן‪" :‬אה‪ ,‬אה‪,‬‬ ‫האפן מיר אז מיר וועלן נעמען דעם אתרוג און לולב אין דער האנט‬ ‫אריין‪ ,‬וועלן מיר 'משבית מלחמות' זיין 'עד קצה הארץ'!"‪ .‬און אזוי איז‬ ‫טאקע געווען‪ ,‬עס איז געווארן איינגעשטילט און עס איז נישט געווען‬ ‫קיין מלחמה!‬ ‫די פנימיות פון רבי'נס נענועים‬ ‫אמאל חול המועד סוכות בין איך געווען ביים רבין זכרונו לברכה‪,‬‬ ‫ווען דער רבי איז שוין נישט געזונט געווען‪ .‬דער רבי איז‬ ‫געזעסן ביי הלל און אויפגעהויבן די הייליגע הענט מיט די ד' מינים‬ ‫ביי די נענועים‪ .‬וואס זאל איך אייך זאגן‪ ,‬דער גאנצער עולם איז אזוי‬ ‫נתעורר געווארן‪ ,‬און עס איז געווארן אזעלכע בכיות אין בית‬ ‫המדרש‪ ,‬דער עולם האט געוויינט אויפן קול‪ ,‬ממש ווי ביי 'כל נדרי'!‬ ‫‪4‬‬ ‫שמיני עצרת ושמחת תורה‬ ‫דער בעל דבר וויל אויך זאגן 'אתה הראת'‪...‬‬ ‫דער הייליגער ברדיטשובער רב זצ"ל האט אמאל פארציילט אויף‬ ‫זיך‪ ,‬אז ער איז צוגעגאנגען צום עמוד אום שמחת תורה צו זאגן‬ ‫'אתה הראת'‪ .‬איז געקומען צו אים דער בעל דבר און גע'טענה'ט‪:‬‬ ‫"איך וויל זאגן אתה הראת"‪ .‬האט אים דער בארדיטשובער רב‬ ‫געפרעגט‪" :‬ווער ביסטו אז עס קומט דיר צו זאגן אתה הראת?"‪ .‬האט‬ ‫דער בעל דבר צוריק געפרעגט‪" :‬און ווער ביסטו?"‪ .‬האט ער‬ ‫געענטפערט‪" :‬איך האב דאס יאר געענדיגט גאנץ ש"ס!"‪ .‬האט אים‬ ‫דער בעל דבר געענטפערט‪" :‬איך האב אויך דורכגעלערנט גאנץ‬ ‫גל‬ ‫ש"ס!"‪ .‬פרעגט אים דער בארדיטשובער רב‪" :‬ווען האסטו דאס‬ ‫געלערנט?"‪ .‬האט ער אים געענטפערט‪" :‬דעמאלט ווען דו האסט‬ ‫געלערנט! איך האב דעמאלט מיטגעלערנט מיט דיר‪."...‬‬ ‫דער בארדיטשובער רב האט דאס פארציילט ברוב ענותנותו‪,‬‬ ‫מיינענדיג צו זאגן‪ ,‬אז ער האט כביכול געלערנט 'שלא לשמה'‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫אבער אונז קענען מפרש זיין לשבח‪ ,‬אז דער בעל דבר האט געמיינט‬ ‫צו זאגן‪" :‬דאס גאנצע חשיבות פון דיין לערנען ש"ס‪ ,‬איז דאך נאר‬ ‫ווייל דו האסט א יצר הרע‪ ,‬נו אויב אזוי‪ ,‬האב איך דאך א חלק דערין!‬ ‫עס ווערט גערעכנט כאילו איך האב אויך געלערנט מיט דיר!"‪.‬‬ ‫איין קרעכץ דורכאויס גאנץ תשרי‪' :‬כאשר היה עם אבותינו'‬ ‫איך בין געווען איין יאר (שנת תשט"ז) ביים הייליגן בעלזער רב ז"ל‬ ‫אויף גאנץ חודש תשרי‪ ,‬פון סליחות ביז נאך שבת בראשית‪.‬‬ ‫דורכאויס דעם גאנצן תשרי האט מען נישט געהערט פונם רב קיין‬ ‫איין קרעכץ ביי די תפלות‪ .‬נאר איינמאל שמיני עצרת ווען ער האט‬ ‫געזאגט "אתה הראת" פאר די הקפות‪ ,‬ווען ער איז אנגעקומען צו די‬ ‫ווערטער‪" :‬יהי ה' אלקינו עמנו כאשר היה עם אבותינו" 'אוי' "אל‬ ‫יעזבנו ואל יטשנו"‪.‬‬ ‫מען קען עס אפשר פארשטיין‪ ,‬ווייל אין בעלז האט זיך אלעס‬ ‫געדרייט אויף די אבות‪ ,‬יעדע תורה איז געווען געבויעט אויף א‬ ‫ווארט פונעם טאטן אדער זיידן‪ ,‬און דערנאך האט מען מוסיף געווען‬ ‫אויף דעם‪ .‬און אזוי איז געווען דער גאנצער הלוך ילך‪ ,‬אלעס נאר די‬ ‫אבות‪ .‬ממילא‪ ,‬ווען ער איז אנגעקומען צו די ווערטער פון 'כאשר‬ ‫היה עם אבותינו' האט ער געגעבן א קרעכץ‪.‬‬ ‫שפעטע הקפות‬ ‫דער צאנזער רב ז"ל האט געזאגט‪" :‬דער וואס ווייסט וואס מיינט‬ ‫'הקפות'‪ ,‬איז שמיני עצרת נישט (אנהייבן) פאר צען אזייגער‪ ,‬און‬ ‫שמחת תורה נישט פאר צוועלף!"‪.‬‬ ‫א תנועה פון א צדיק – און דער עולם האט זיך גענומען טאנצן‪...‬‬ ‫הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל האט מיר דערציילט‪ ,‬ווי ווייט‬ ‫א צדיק קען אריינגעבן שמחה אינעם עולם‪ ,‬אז ער איז אמאל‬ ‫געווען שמחת תורה אין שינאווא‪ ,‬דער שינאווער רב האט‬ ‫דל‬ ‫ארומגעטאנצן איינמאל ביי יעדע הקפה‪ ,‬דער עולם האט ווייטער‬ ‫געטאנצט‪ ,‬און דער שינאווער רב איז געשטאנען אויסגעדרייט צו‬ ‫מזרח איינגעבויגן אויף זיין עמוד‪.‬‬ ‫נאכדעם וואס מען האט געטאנצט א שטיק צייט‪ ,‬זענען זיי ווי‬ ‫געווענליך אביסל מיד געווארן און די ריקודים זענען שוין‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫געווארן אביסל שוואכער‪ .‬האט זיך דער שינאווער רב געגעבן אזא‬ ‫קליינעם 'הייב אויף' גלייך‪ .‬האט רבי איציקל מיר געזאגט‪" :‬וואס זאל‬ ‫איך דיר זאגן? אזויווי ער האט זיך געגעבן אזא שטעל אויף‪ ,‬האט‬ ‫דער עולם אנגעהויבן נאכאמאל צו טאנצן אזויווי מען וואלט נאך‬ ‫קיינמאל נישט געטאנצן‪."...‬‬ ‫די איינע תנועה פונעם צדיק אמת איז שוין גענוג געווען‪ ,‬און דער‬ ‫עולם האט זיך צופלאקערט און אנגעהויבן טאנצן מיט א‬ ‫פרישקייט‪.‬‬ ‫הימלישע כוחות‪...‬‬ ‫אמאל שמחת תורה בין איך געגאנגען צופוס פון איסט ניו יארק קיין‬ ‫וויליאמסבורג צום רבי'נס הקפות‪ ,‬די עבודה פונעם רבי'ן ביי‬ ‫די הקפות איז נישט משיג צו זיין‪ ,‬מען האט אים געגעבן ממש‬ ‫הימלישע כוחות!‬ ‫איך האב געהערט פון ר' יאסל אשכנזי ע"ה וויאזוי ער האט‬ ‫אראפגעלייגט די הקפות ביים רבי'ן אין די קריג‪ ,‬דער רבי ז"ל‬ ‫האט געטאנצן שעות ארוכות איינער אליין און געהאלטן א שווערע‬ ‫ספר תורה די גאנצע צייט‪ ,‬און ער – ר' יאסל – האט געזינגען און‬ ‫צוגעפאטשט‪ ,‬ער איז שוין געווארען הייזעריג‪ ...‬די עבודה איז געווען‬ ‫פונקט ווי ווען עס איז געווען א פול בית המדרש! ווי דער חובת‬ ‫הלבבות (אהבת ה' פ"ג) זאגט‪" :‬אז עס זאל ביי דיר א פולע שטוב מיט‬ ‫מענטשן כאילו עס איז ליידיג פון מענטשן"‪.‬‬ ‫צדיקים פון עולם העליון האלטן מיט די הקפות‬ ‫איך בין געווען מיטן טאטן ז"ל ווען רבי מענדעלע קאנער פון סאניק‬ ‫האט דערציילט‪ :‬רבי שלמה'לע באבובער איז אמאל שמחת‬ ‫תורה געזעסן ביי דער סעודה פונם זיידן רבי אליעזר'ל דזיקובער‬ ‫ז"ל‪ .‬אינמיטן די סעודה האט זיך רבי אליעזר'ל אנגערופן צום אייניקל‪:‬‬ ‫הל‬ ‫"שלמה'לע‪ ,‬וואו האלט אצינד דער זיידע אין צאנז?"‪ .‬ער האט אודאי‬ ‫נישט געענטפערט‪ ...‬האט רבי אליעזר'ל ממשיך געווען‪" :‬ער האלט‬ ‫יעצט ביי דער פערטע הקפה‪ ,‬מלאכים ושרפים פאטשן צו‪ ,‬דער‬ ‫טאטע מיינע (הרה"ק מראפשיץ זי"ע) איז אויך דארט‪ ,‬ביי מיר איז ער‬ ‫היינט נישט געווען!"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫דאס שטימט זייער גוט מיט די פאלגענדע מעשה‪ ,‬און אפשר איז‬ ‫דאס גאר געווען דעם זעלבן יאר‪ :‬דער צאנזער רב ז"ל איז‬ ‫אמאל אריינגעקומען צו די הקפות שמחת תורה‪ ,‬האט ער געעפנט די‬ ‫טיר און ער האט געזאגט אז מען זאל צו רוקן דעם באלעמער און‬ ‫דארט מאכן די הקפות"‪ .‬פארן עולם איז דאס געווען א חידוש‪ ,‬האט‬ ‫מען אים דערנאך געפרעגט דעריבער‪ ,‬האט ער געזאגט "איך בין‬ ‫אריינגעקומען‪ ,‬האב איך 'דא' געטראפן דעם הייליגן רב שטיין (הרה"ק‬ ‫מראפשיץ זי"ע)‪ ,‬האב איך דא געמאכט די הקפות"‪.‬‬ ‫געפאלן 'כורעים' שמחת תורה‬ ‫דער הייליגער ראפשיצער רב ז"ל איז אמאל שמחת תורה געפאלן‬ ‫'כורעים'‪ .‬נאכדעם האט ער זיך אנגערופן‪" :‬פארוואס איך בין‬ ‫היינט געפאלן 'כורעים' ווייסט נאר מיין מעליצער רב!"‪ .‬נאך יו"ט איז‬ ‫מען געוואויר געווארן‪ ,‬אז זיין זון ר' יאנקעלע מעליצער ז"ל איז אויך‬ ‫געפאלן 'כורעים' שמחת תורה‪ .‬אגב‪ ,‬דער ראפשיצער רב האט‬ ‫אנגערופן ר' יאנקעלע מעליצער‪" :‬מיין בעל שם"‪.‬‬ ‫ניצול ווערן פון חיבוט הקבר‬ ‫חסידים האבן אמאל אונטערגעהערט ווי דער דזיקוב'ער רב רבי‬ ‫יושע'לע ז"ל האט געזאגט אינמיטן די הקפות‪" :‬אין דעם‬ ‫זכות וואס איך ווארף מיך פון איין וואנט צום צווייטן (אנדערע זאגן‪ :‬פון‬ ‫איין זייט צום צווייטן) זאל איך ניצול ווערן פון חיבוט הקבר!"‪.‬‬ ‫א הכנה צום קדושת כתר פון שמיני עצרת‬ ‫דער ראזוואדאווער רב רבי משה'לע ז"ל איז אריינגעקומען צום טיש‬ ‫שמיני עצרת נאכן דאווענען‪ ,‬און בשעת ער האט געהאלטן דעם‬ ‫האנטוך און דעם טעפל וואסער זיך צו וואשן‪ ,‬האט ער געזאגט‪" :‬אוי‪,‬‬ ‫דער אייבערשטער האט אונז געגעבען א חודש אלול‪ .‬נאכדעם האט‬ ‫ער אונז געגעבן א ראש השנה מיט א שופר‪ .‬נאכדעם האט ער אונז‬ ‫געגעבן די עשרת ימי תשובה‪ .‬נאכדעם האט ער אונז געגעבן א יום‬ ‫ול‬ ‫כפור ‪ -‬וואס מלאכים ושרפים זענען אונז מקנא מיט דעם טאג‪.‬‬ ‫נאכדעם האט ער אונז געגעבן א סוכות מיט די ד' מינים‪ .‬און דאס‬ ‫אלעס איז געווען א הכנה צום 'קדושת כתר' פון שמיני עצרת‪ ,‬און‬ ‫נאך אזא קנאק הייסט מען אונז גיין וואשן!"‪ .‬און ער האט‬ ‫אויסגעבראכן אין ָ ּבוכע טרערן (א גרויס געוויין)‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫‪Ƿ‬‬ ‫ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים‬ ‫דיבורים וסיפורים ‪-‬‬ ‫הרה"ק רבי ישראל בהרה"ק ר' שבתי זי"ע ‪ -‬עבודת ישראל מקאזניץ‬ ‫ערב סוכות תקע"ה‬ ‫דאס אהבת ישראל פון זיינס א תלמיד‬ ‫דער קאזניצער מגיד זצ"ל האט געהאט א תלמיד ר' פנחס גניוויש‬ ‫ז"ל‪ .‬האבן אמאל די רעגירונג געכאפט עטליכע אידן צו דער‬ ‫ארבעט‪ ,‬און דער ר' פנחס איז אויך געווען צווישן זיי‪ .‬איז מען‬ ‫געקומען צו לויפן צום קאזניצער מגיד אז מען האט געכאפט ר'‬ ‫פנחס'ן‪ .‬און דער קאזניצער מגיד האט דעמאלט געהאלטן אינמיטן‬ ‫טרינקען א קאווע‪ .‬האט דער קאזניצער מגיד געווארט און נישט‬ ‫געטרינקען די קאווע‪ .‬עס איז אריבער א ּפ ָאר מינוט קומט מען זאגן‬ ‫פארן מגיד‪" :‬זיי לאזן שוין ארויס ר' פנחס'ן‪ ,‬אבער ער זאגט אז ער‬ ‫וויל נישט ארויסגיין ביז ווילאנג מען באפרייט אלע אידן וואס מען‬ ‫האט געכאפט"‪ .‬האט דער קאזניצער מגיד געווארט נאך א שטיק‬ ‫צייט‪ ,‬ביז מען איז אים געקומען זאגן‪ ,‬אז מען האט טאקע‬ ‫ארויסגעלאזט אלע אידן וואס זענען געווען מיט אים‪ .‬ערשט דעמאלט‬ ‫האט דער קאזניצער מגיד אנגעהויבן טרינקען די קאווע זאגנדיג‪:‬‬ ‫"צוליב ר' פנחס'ן איז מיר די קאווע קאלט געווארן"‪.‬‬ ‫ווי קען מען רעדן אויפן זיידן פון רבי'ן פון לובלין‪...‬‬ ‫מען דערציילט נאך‪ ,‬אז פרשת קרח האט דער קאזניצער מגיד זצ"ל‬ ‫געזאגט אזוי‪" :‬זאגן גוטס אויף קרח – קען מען דאך נישט‪ ,‬ווייל‬ ‫ער האט דאך געקריגט אויף משה רבינו‪ .‬ווייטער‪ ,‬זאגן שלעכטס אויף‬ ‫קרח – קען מען אויך נישט‪ ,‬ווייל ער איז דאך געווען דער זיידע‬ ‫פונעם רבי'ן פון לובלין‪ ...‬ווייל עס איז ידוע אז דער חוזה פון לובלין‬ ‫האט אמאל געזאגט‪" :‬דער הייליגער זיידע קרח‪."...‬‬ ‫זל‬ ‫דאס איז דאך נאר א מעשה וואס מען דערציילט‪ ,‬נו‪ ,‬וואלט מען‬ ‫געקענט מיינען אדער איז עס אמת אדער נישט‪ ,‬איז אבער‬ ‫אינטערעסאנט‪ ,‬אז אין 'עבודת ישראל' איז טאקע נישטא קיין תורה‬ ‫אויף פרשת קרח‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫נישט מפסיק געווען פון דביקות אפילו פאר אליהו און רבי שמעון‬ ‫דער מאגלניצער זצ"ל איז געווען אן אייניקל פונעם קאזניצער מגיד‬ ‫און ער איז געווארן אויפגעצויגן ביים זיידן‪ .‬האט ער אמאל‬ ‫געזען אויפדערנאכט ווי עס קומען אריין צוויי אידן צום קאזניצער‬ ‫מגיד‪ ,‬און דער קאזניצער מגיד האט ווייטער געלערנט און זיך נישט‬ ‫אומגעקוקט אויף זיי‪ .‬אינדערפרי האט ער געפרעגט דעם זיידן‪" :‬ווער‬ ‫זענען געווען דא די צוויי אידן ביינאכט?"‪ .‬האט ער אים געענטפערט‪:‬‬ ‫"דאס זענען געווען אליהו הנביא און רבי שמעון בר יוחאי"‪ .‬האט ער‬ ‫אים געפרעגט‪" :‬נו‪ ,‬פארוואס האסטו זיך נישט אומגעקוקט אויף‬ ‫זיי?"‪ .‬זאגט ער אים‪" :‬עס איז נישט כדאי מפסיק צו זיין פון דביקות‬ ‫בה' קיין איין מינוט"‪.‬‬ ‫לכאורה קען מען פרעגן‪ ,‬די מלאכים זענען דאך געקומען צו אברהם‬ ‫אבינו בשעת ווען דער אייבערשטער איז דארט געווען; ווי‬ ‫עס שטייט "וירא אליו ה' באלוני ממרא"‪ ,‬נו‪ ,‬איז דאך נישטא קיין‬ ‫גרעסערע דביקות פון דעם‪ ,‬און פונדעסטוועגן האט אברהם אבינו‬ ‫מפסיק געווען פונעם דביקות אויפצונעמען די מלאכים – וואס פון‬ ‫דארט לערנט מען ארויס‪ ,‬אז 'גדולה הכנסת אורחים יותר מקבלת‬ ‫פני השכינה'‪ ,‬און פארוואס האט דער קאזניצער מגיד נישט מפסיק‬ ‫געווען?‬ ‫נאר עס קען זיין‪ ,‬אז דארט זענען די מלאכים געקומען אין א צורה‬ ‫פון מענטשן וועלכע עסן און טרינקען‪ ,‬דעריבער האט זיי‬ ‫אברהם אבינו מכניס אורח געווען‪ ,‬אבער דא זענען זיי נישט געקומען‬ ‫עסן‪ ,‬נאר ווי מלאכים‪ ,‬און פאר מלאכים איז מען נישט מפסיק פון‬ ‫דביקות‪.‬‬ ‫א הסתכלות אויפן צדיק‬ ‫דער רבי ר' מענדעלע רימנובער זצ"ל האט אמאל געגעבן א זאג‪:‬‬ ‫"דער וואס קען נישט דעם קאזניצער מגיד – וועט נישט זוכה‬ ‫חל‬ ‫זיין צו זען פני משיח"‪ .‬ווי דער בני יששכר האט דאס געהערט‪ ,‬איז ער‬ ‫באלד אהינגעפארן‪ .‬ווי ער איז אנגעקומען איז געשטאנען א גרויסער‬ ‫עולם ארום‪ .‬האט זיך דער בני יששכר געגעבן א שטעל אויף אויפן‬ ‫בענקל צו כאפן א בליק אויפן מגיד‪ ,‬ווי דער קאזניצער מגיד האט‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫אים באמערקט‪ ,‬האט ער זיך אנגערופן ברוח קדשו‪" :‬בראיה בעלמא‬ ‫קני"‪.‬‬ ‫*‬ ‫הרה"ק ר' חנה הלברשטאם בהרה"ק ר' מנחם מענדל זי"ע הי"ד מקאלאשיץ‬ ‫ח"י תשרי תש"ג‬ ‫קדוש מרחם‬ ‫די פריסטיקער רביצין 'פיגא בילא'‪ ,‬ווען זי איז געווען מעוברת מיטן‬ ‫קאלאשיצער רב‪ ,‬איז זי אריינגעגאנגען צום פאטער זיך‬ ‫אנוואונטשן‪ ,‬האט דער שינאווער רב געזאגט‪" :‬דו וועסט האבן א‬ ‫קינד א צדיק"‪.‬‬ ‫שפעטער ווען זי איז געווען מעוברת מיטן צווייטן קינד – רבי‬ ‫אביגדור זצ"ל‪ ,‬איז זי נאכאמאל אריינגעגאנגען צום‬ ‫פאטער‪ ,‬האט ער איר געזאגט‪" :‬ער זאל זיין א תלמיד חכם און א ירא‬ ‫שמים"‪ .‬האט זי געזאגט‪" :‬זאל מיר דער טאטע זאגן אזויווי ביי‬ ‫חנה'לען"‪ .‬האט ער איר געזאגט‪" :‬ביי חנה'לע האט מען מיר געוויזן‬ ‫ֹ‬ ‫אזוי ּבולט (קלאר) ווי מיט צוויי לעכט"‪.‬‬ ‫רוח ה' דבר בו‬ ‫די צדיקת פיגא בילא איז אמאל געווען ביים בעלזער רב רבי ישכר‬ ‫דוב זצ"ל‪ ,‬און עס איז דעמאלט געווען נאכן ערשטן קריג‪ ,‬וואס‬ ‫האט נעבעך געברענגט א גרויסע ירידה אין אידישקייט‪ .‬האט דער‬ ‫בעלזער רב איר געפרעגט‪" :‬נו‪ ,‬אייער זון איז דאך יעצט געווארן רבי‪,‬‬ ‫און אז מען ווערט רבי פלאפלט (רעדט) מען דאך מיט רוח הקודש‪,‬‬ ‫וואס זאגט ער?‪."...‬‬ ‫אביו ואמו תיראו‪...‬‬ ‫טל‬ ‫די מאמע עליה השלום האט מיר דערציילט‪ ,‬זי איז דארטן געשטאנען‬ ‫בשעת מעשה‪ ,‬אז עס איז אמאל אנגעקומען צו אים א 'פאסט‬ ‫קארטל' פון איינע פון זיינע קינדער‪ ,‬און דארט אין ריישא האט זיך‬ ‫דעמאלט געפונען די פריסטיקער רביצין דער מוטער פון קאלאשיצער‬ ‫רב‪ ,‬האט מען איר געגעבן צו לייענען קודם דאס קארטל‪ ,‬און דער‬ ‫קאלאשיצער רב איז געשטאנען און געווארט אז זי זאל ענדיגן ליינען‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫ווען די מוטער האט געענדיגט‪ ,‬האט ער איבערגענומען פון איר דאס‬ ‫קארטל‪ .‬אבער אזוי אוועקנעמענדיג דאס קארטל‪ ,‬האט זיך אים‬ ‫געדוכט אז זי האט נאכנישט געהאט געענדיגט‪ ,‬איז ער געשטאנען‬ ‫און זיך געבעטן‪" :‬מאמע‪ ,‬מאמע‪ ,‬איך האב עס גענומען און דו ביסט‬ ‫נאכנישט געווען פארטיג‪ ,‬מאמע זיי מיר מוחל! מאמע איך וועל שוין‬ ‫נישט! איך האב נישט געוואלט!"‪.‬‬ ‫פלאי פלאות וואס הייסט יראת שמים‪ .‬א רבן של ישראל‪ ,‬שוין אלט‬ ‫געווען עטליכע אין פופציג יאר‪ ,‬איז געשטאנען און געציטערט‬ ‫ווער ווייסט צי ער האט נישט עובר געווען אויף דעם 'תיראו'‪ ,‬אדער‬ ‫אויף דעם 'כיבוד'‪ ,‬איז ער ארויס פון די כלים! דאס זענען געווען‬ ‫צדיקי אמת‪ ,‬ווען עס איז געקומען צו 'יראת שמים' איז דאס התבטלות‬ ‫געווען ָאן א שיעור! עס איז געווען א פחד וואס מען האט זיך‬ ‫פארלוירן אינגאנצן!‬ ‫אויסגעלערנט צו ליינען א קוויטל‬ ‫דער גארליצער רב איז אמאל געלעגן אין בעט‪ ,‬און דער קאלאשיצער‬ ‫רב איז געזעסן אינדרויסן אין א שטיבל און געלערנט‪ .‬איז‬ ‫אריינגעקומען א אידענע מיט א קוויטל צום גארליצער רב‪ .‬האט ער‬ ‫אריינגערופן דעם קאלאשיצער רב און געזאגט‪" :‬ליין דאס קוויטל!"‪.‬‬ ‫און בשעת מעשה האט ער אים אנגעוויזן וויאזוי מען ליינט א קוויטל‪:‬‬ ‫"דו זעסט? מען קומט ָאן דא – וואונטשט מען!"‪.‬‬ ‫שפעטער האט דער קאלאשיצער רב געזאגט‪" :‬פון דעמאלט ָאן קען‬ ‫איך ליינען א קוויטל!"‪.‬‬ ‫פארקוקן די מגילה‬ ‫זיין התלהבות ביים זיך ָ‬ ‫אמאל פאר פורים האט זיך דער קאלאשיצער רב געוואלט ָ‬ ‫פארקוקן‬ ‫די מגילה‪ ,‬האט ער געבעטן פון ר' יושע'לע פשעמיש אז ער‬ ‫זאל אים אויסהערן‪ ,‬אז אויב ער מאכט א גרייז זאל ער אים‬ ‫מ‬ ‫פאררעכטן‪.‬‬ ‫האט ער שפעטער דערציילט‪" :‬בשעת'ן זיך ָ‬ ‫פארקוקן‪ ,‬האט ער‬ ‫געשפרינגען פון התלהבות ווי גלייך ער ליינט שוין די מגילה‬ ‫ברבים‪."...‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫עס האט געברענט א קעסל פיר און צוואנציג שעה‪.‬‬ ‫געקאכט אין דביקות א גאנצע נאכט‬ ‫ר' יושע'לע פשעמיש האט אמאל געוואלט זען זיין עבודה פון‬ ‫ביינאכט‪ ,‬איז ער געקומען צום רב און געזאגט‪ ,‬אז ער האט נישט‬ ‫וואו צו שלאפן ביינאכט‪ ...‬נו‪ ,‬פארשטייט זיך‪ ,‬דער קאלאשיצער רב‬ ‫האט אים אריינגענומען צו זיך‪.‬‬ ‫דער ר' יושע'לע האט זיך געמאכט כאילו ער שלאפט שוין‪ ,‬אבער ער‬ ‫וואך און זיך צוגעהערט‪ .‬האט ער געהערט ווי דער‬ ‫איז געבליבן ַ‬ ‫קאלאשיצער רב זעצט זיך לערנען משניות א לענגערע צייט‪ .‬דערנאך‬ ‫האט ער זיך אויפגעשטעלט און צוגעגאנגען צו דער מזוזה און‬ ‫געליינט קריאת שמע‪ ,‬וואס דאס איז געווען אן עבודה פאר זיך און‬ ‫האט אויך געדויערט א לענגערע צייט‪ .‬דערנאך האט ער זיך ענדליך‬ ‫געלייגט אין בעט‪ .‬עס גייט דורך א ּפ ָאר מינוט‪ ,‬גיבט ער זיך א צושריי‪:‬‬ ‫"לית אתר פנוי מיניה‪ ,‬לית מחשבה תפיסא ביה כלל"‪.‬‬ ‫שוין‪ ,‬דער ר' יושע'לע האט שוין געהאט גענוג‪ ...‬האט ער שוין‬ ‫געוואלט ארויסגיין פון דארט און גיין ערגעץ שלאפן‪ .‬האט ער‬ ‫צואגעווארט א שטיק צייט‪ ,‬ביז ער האט געזען אז דער קאלאשיצער‬ ‫רב איז שוין שטיל‪ ,‬האט ער געמיינט אז דער רב שלאפט שוין‪ ,‬האט‬ ‫ער זיך געגעבן א הייב אויף‪ .‬און קיין נעגל וואסער האט ער זיך דאך‬ ‫נישט געדארפט וואשן‪ ,‬ווייל ער איז דאך גארנישט געשלאפן‪ .‬אבער‬ ‫ווי נאר ער גיבט א טרעט אראפ אויף דער ערד‪ ,‬גיבט זיך דער רב א‬ ‫רוף אן‪" :‬יושע'לע‪ ,‬האסט געוואשן נעגל וואסער?‪."...‬‬ ‫זיין קריאת התורה ענדלט צום שינאווער רב‬ ‫דער קאלאשיצער רב פלעגט ליינען יעדן שבת‪ ,‬און דאס איז געווען‬ ‫א קריאת התורה מיט קולי קולות‪ .‬איז אמאל דארט געזעסן זיין‬ ‫פאטער דער פריסטיקער רב זצ"ל און דער נאסוידער רב זצ"ל און‬ ‫אמ‬ ‫אויסגעהערט דאס ליינען‪ .‬רופט זיך אן דער פריסטיקער רב צום‬ ‫נאסוידער רב‪" :‬ער ליינט פונקט ווי דער שווער (דער שינאווער רב)"‪.‬‬ ‫אז מען ליינט פונקט ווי דער שינאווער רב‪ ,‬מוז מען זיין א שינאווער‬ ‫רב‪ ,‬ווייל אז נישט – ווי קען מען ליינען אזויווי אים?‪...‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫נאר איין גראשן‪...‬‬ ‫דער קאלאשיצער רב האט אמאל בטעות גערופן א רב ביים נאמען‪.‬‬ ‫האט ער געזאגט בדרך צחות‪" :‬איך מוז געבן א גראשן קנס פאר‬ ‫רבי מאיר בעל הנס‪ ,‬אז איך האב גערופן א רב ביים נאמען"‪.‬‬ ‫דער ציעשנובער רב האט אים אנגעוויזן א רבי'ן אויף אחר הסתלקותו‬ ‫ווען דער ציעשנובער רב זצ"ל האט חתונה געמאכט זיין זון רבי‬ ‫לייבוש טאמאשובער – איז זיך צוזאמגעקומען גאנץ בית צאנז‬ ‫אויף דער חתונה און אויף שבת שבע ברכות‪ .‬דער רבי משה'לע‬ ‫שינאווער זצ"ל האט געליינט‪ ,‬און ווען דער קאלאשיצער רב האט‬ ‫עולה געווען – האט רבי משה'לע אויסגעלאזט‪" :‬ואם באחת יתקעו‬ ‫ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי ישראל"‪ ,‬דאס איז געווען א 'סמיכה'‬ ‫פארן קאלאשיצער רב צו זיין א רבי‪ ,‬און דער עולם האט זיך אנגערופן‬ ‫'מזל טוב'‪...‬‬ ‫שפעטער נאכן דאווענען האט זיך דער ציעשנובער רב אנגעלענט‬ ‫אין זיין צימער אויף א קאנאפע‪ ,‬און דער רבי איציקל איז‬ ‫געשטאנען נעבן אים‪ .‬אינמיטן איז דער קאלאשיצער רב‬ ‫אריינגעקומען אינעם צימער – האט זיך דער ציעשנובער רב‬ ‫אנגערופן‪" :‬ואם באחת יתקעו ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי‬ ‫ישראל"‪ .‬האט רבי איציקל פארשטאנען אז דער רב זאגט עס אים‬ ‫בכונה‪ ,‬האט ער זיך אינזין געהאט‪ ,‬אז לאחר מאה ועשרים שנה‬ ‫פונעם ציעשנובער רב – וועט ער פארן צום קאלאשיצער רב!‬ ‫א צושריי פון התלהבות‬ ‫דער טאטע זצ"ל איז געווען ביים קאלאשיצער רב ביי די חנוכה‬ ‫לעכט‪ ,‬און דער קאלאשיצער רב איז אזוי געזעסן און זיך‬ ‫געשאקלט מיט א התהלבות‪ .‬מיטאמאל גיבט זיך דער קאלאשיצער‬ ‫רב א צושריי‪" :‬געוואלד"‪ .‬אבער ער האט זיך גלייך געגעבן א כאפ‬ ‫צוריק‪ ,‬און ער האט דאס געוואלט פארוואסערן‪ ...‬גיבט ער זיך א דריי‬ ‫במ‬ ‫אויס צום טאטן‪" :‬ווען גייט אייער צוג (באן) צוריק קיין לאנצהוט?"‪...‬‬ ‫ביי די חנוכה לעכט פלעגט ער לערנען זרע קודש‪ ,‬און ער פלעגט‬ ‫זאגן‪" :‬בשעת איך לערן זרע קודש‪ ,‬זאלן די יונגלעך דא‬ ‫ארומלויפן"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫עירוב פרשיות שנו כאן‬ ‫אינדערהיים אין לאנצוט‪ ,‬איז געווען דארט בעלזער חסידים וואס‬ ‫זיי האבן געהאט א קאסע וואס האט געהייסן 'אלה‬ ‫מסעי'‪ ,‬וואס זיי האבן געשלעפט בחורים קיין בעלז און באצאלט‬ ‫געלט‪ .‬האבן זיי גענומען מיין ברודער ר' שמואל חיים זצ"ל און‬ ‫געשלעפט קיין בעלז‪.‬‬ ‫ווי דער קאלאשיצער רב האט דאס געהערט‪ ,‬האט ער געזאגט‪:‬‬ ‫"אינ'אמת'ן איז אנגעשריבן פאר יעדן רבי'ן וויפיל חסידים ער‬ ‫זאל האבן‪ ,‬און אויף דעם סכום קען מען נישט מוסיף זיין‪ ,‬נאר וואס‬ ‫טוט דער בעל דבר? ער טוישט אויס! אז א חסיד וואס זיין רבי קען‬ ‫אים א טובה טון – פארט צו אן אנדערן רבי'ן!"‪.‬‬ ‫זכר לדבר איכא‬ ‫ברוב ענותנותו האט ער אמאל געזאגט פסח ביים סדר‪" :‬מען לייגט‬ ‫ארויף אויפן טיש א 'זרוע' וואס איז א זֵ כר צום קרבן פסח‪ַ ,‬אן‬ ‫'איי' וואס איז א זכר צו דעם קרבן חגיגה‪ ,‬און 'כורך' וואס איז א זכר‬ ‫צו דעם וואס ִהלל האט געגעסן דעם קרבן פסח‪ .‬און איך זאג‪ ,‬אז אויך‬ ‫א 'רבי' וועלכן מען שטעלט היינט אויף‪ ,‬איז א זֵ כר צו א רבי פון‬ ‫אמאל‪ .‬עס איז אמאל געווען א צאנזער רב און א שינאווער רב‪ ,‬און‬ ‫היינט נעמט מען א איד און מען זעצט אים אוועק אויבן ָאן אלס זכר‬ ‫צו צאנז און שינאווע‪."...‬‬ ‫שבועות ביים קאלאשיצער רב‬ ‫איך געדענק דעם יום טוב שבועות ביים קאלאשיצער רב זכרונו‬ ‫לברכה‪ .‬איי‪ ,‬איז דאס געווען א יום טוב‪ ...‬עס איז געווען א‬ ‫גרויס געפארעכץ‪ ,‬און דאס זענען געווען אזעלכע אידן‪ ,‬ממש 'מסלתה‬ ‫ומשמנה' פון צאנזער און שינאווער חסידים‪ .‬פיר הונדערט אידן האט‬ ‫געהייסן א גרויס געפארעכץ‪.‬‬ ‫גמ‬ ‫דאס ליינען איז געווען מיט 'קולות וברקים'‪ ,‬אינמיטן ליינען פלעגט‬ ‫ער זיך מערערע מאל צוברומען מיט אזא תנועה פון התלהבות‪,‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫ווי איינער וואס קען זיך נישט איינהאלטן דעם ברען וואס קאכט און‬ ‫פלאקערט אינעווייניגדכ‪.‬‬ ‫כבוד הבריות‬ ‫דער קאלאשיצער רב האט געהאט אסאך חסידים פון אונגארן‪ .‬ביים‬ ‫גא ּפל פאר די אונגארישע‬ ‫טיש האט ער געזאגט‪" :‬ברענגט אריין ָ‬ ‫אידן‪ ,‬ווייל זיי זענען געוואוינט צו עסן מיט א גאפל"‪.‬‬ ‫פארמאכן די גמרא און גיין נאך געלט‬ ‫דער קאלאשיצער רב איז אמאל אריינגעקומען אין בית המדרש און‬ ‫געזען ווי א יונגערמאן זיצט און לערנט‪ ,‬האט ער אים געזאגט‪:‬‬ ‫"הער מיך צו‪ ,‬דו זיצט און לערנסט‪ ,‬אבער אויב וועט צוקומען צו דיר‬ ‫אן ארימאן אז ער דארף געלט‪ ,‬זאלסטו פארמאכן די גמרא און אים‬ ‫גיין שאפן געלט!"‪.‬‬ ‫נארן‬ ‫אין אהבת ישראל קען מען זיך נישט ַ‬ ‫דער קאלאשיצער רב האט געזאגט‪" :‬אהבת ישראל איז א‬ ‫טערמומעטער‪ ,‬אויף אהבת ה'!"‪.‬‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬עס קען אמאל זיין א מענטש‪ ,‬וואס ווען ער זאגט‬ ‫"ואהבת את ה' אלקיך"‪ ,‬וועט ער זיך צוקאכן געוואלדיג‪ ,‬אבער‬ ‫ווער ווייסט צי ער נארט זיך נישט? וועט מען אים פרעגן‪" :‬זאג נאר‪,‬‬ ‫דו האסט עפעס ליב א איד? עס גייט דיר עפעס ָאן וואס יענער איד‬ ‫טוט און וויאזוי עס גייט אים? און דאס מיינט מען נישט דעם גביר צו‬ ‫דער ראש הקהל וואס זיצט אויבן אן‪ ...‬נאר דעם ארחי פרחי וואס‬ ‫זיצט אונטערן אויוון און איז נישט אנגעטון מיט קיין פרישע בגדים‪,‬‬ ‫וכדומה‪ ,‬אזויפיל האסטו ליב דעם אייבערשטן!"‪.‬‬ ‫אין איין מינוט וועט לעכטיג ווערן‬ ‫דער הייליגער קאלאשיצער רב זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט‪:‬‬ ‫"א איד דארף זיך ארויסלערנען פון די 'אחי יוסף'‪ :‬בנימין איז‬ ‫דמ‬ ‫געזעסן אין תפיסה‪ ,‬יעקב איז געווען בצער‪ ,‬יהודה האט ביידע וועלטן‬ ‫מהראוי לציין כי רבינו זי"ע צוה לכתוב על מצבתו "היה בחג השבועות‬ ‫דכ‬ ‫בקאלאשיץ"‪ .‬וכנראה‪ ,‬שבאותו שבועות קיבל התעוררות מיוחדת שליווה אותו‬ ‫לכל ימי חייו‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫זיך איינגעשטעלט‪ ,‬און עס איז געווען א מצב רחמנא ליצלן! וואס איז‬ ‫געווארן? – זאגט ער – מיט איין ווארט‪" :‬אני יוסף" – איז געווארן‬ ‫לעכטיג אין אלע עולמות! עס איז געווארן צוריק לעכטיג! זאגט ער‪:‬‬ ‫"דארף מען זיך ארויסלערנען‪ ,‬אז א פינסטערניש קען ווערן אין איין‬ ‫מינוט לעכטיג!"‪.‬‬ ‫עושר בלייבט עושר!‬ ‫דער קאלאשיצער רב זצ"ל האט אמאל ביים בינדן די הושענות‬ ‫דערציילט א מעשה‪ ,‬וואס דער צאנזער רב זי"ע פלעגט‬ ‫דערציילן ביים בינדן די הושענות‪ ,‬וואס דער ראפשיצער רב פלעגט‬ ‫דערציילן‪:‬‬ ‫עס איז אמאל געווען א איד א גביר וועלכער האט געוואוינט אין‬ ‫דארף‪ ,‬און דארט האט ער געהאט א בית המדרש און א מקוה‪,‬‬ ‫און א כולל פון צען אידן וואס זענען געזעסן און געלערנט און ער‬ ‫האט זיי אויסגעהאלטן מיט זייערע משפחות‪.‬‬ ‫מיטאמאל האט מען אנגעהויבן זען ווי ער קומט אריין אין שטאט‬ ‫אין דער מקוה‪ ,‬האט מען אנגעהויבן צו שמועסן אויף‬ ‫אים‪" :‬ווער ווייסט‪ ,‬מן הסתם האט ער שוין נישט קיין געלט צו‬ ‫ווארעמען זיין אייגענע מקוה"‪ .‬שפעטער האבן די כולל אינגעלייט‬ ‫זיך אנגעהויבן באווייזן אין שטאט‪ ,‬און מען האט געשמועסט‪" :‬זעט‬ ‫אויס‪ ,‬אז ער האט שוין נישט קיין געלט צו באצאלן פאר די יונגעלייט"‪.‬‬ ‫און דער גביר איז געווארן א בעל חוב‪ ,‬און ער האט געהאט א גאנצן‬ ‫בוך פון חובות וועמען ער קומט אלץ‪ .‬האט דער גביר‬ ‫ארויסגענומען דעם בוך מיט חובות און אנגעהויבן זען‪" :‬איך קום‬ ‫פאר דעם און פאר יענעם‪ ,‬וואס טוט מען דא?"‪ .‬האט ער זיך מיישב‬ ‫געווען‪" :‬עה‪ ,‬עושר בלייבט עושר"‪ ,‬מען גייט צוריק אין דארף‪ ,‬און עס‬ ‫וועט זיין בשפע! ווייל "עושר בלייבט עושר"‪.‬‬ ‫המ‬ ‫נאכן דערציילן די מעשה האט דער קאלאשיצער רב אויסגעפירט‪:‬‬ ‫"הלואי זאל איך פארשטיין די כונה פון די מעשה"‪ .‬ומי יבין‬ ‫בסוד קדושים‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫בפשטות מיינט מען‪ ,‬ווי ווייט א איד קען גיין מיט בטחון‪ ,‬אז ער זאל‬ ‫זיין זיכער אז אויב דער אייבערשטער האט אים געגעבן‬ ‫עשירות ביז יעצט‪ ,‬וועט ער עס קענען ווייטער ממשיך זיין מיטן מדת‬ ‫הבטחון‪.‬‬ ‫מכבדה יותר מגופו‬ ‫דער קאלאשיצער רב האט אמאל געדארפט פארן ערגעץ צוזאמען‬ ‫מיט זיין רביצין‪ .‬ווען דער וואגן איז אנגעקומען‪ ,‬איז דער‬ ‫קאלאשיצער רב קודם צוגעגאנגען צום באנק וואו די רביצין וועט‬ ‫זיצן‪ ,‬און עס אונטערזוכט צי עס איז גענוג ווייך‪ .‬און דערביי האט ער‬ ‫זיך אנגערופן‪" :‬זאלן זיך די יושבים לערנען וויאזוי מען דארף מכבד‬ ‫זיין א ווייב"‪.‬‬ ‫די תקיעת שופר דרשה‬ ‫דער קאלאשיצער רב זי"ע האט אמאל געזאגט פאר תקיעת שופר‬ ‫איין ווארט‪" :‬מיט אהבת ישראל קען מען גיין הויך‪ ,‬הויך‪ ,‬הויך‬ ‫עד אין סוף!"‪ ,‬דאס איז געווען די גאנצע דרשה‪.‬‬ ‫אוועקגעגעבן דאס גאנצע געלט פאר רבי'ן ר' אלימלך'ס אן אייניקל‬ ‫דער קאלאשיצער רב איז געווען אן עני ואביון‪ ,‬אבער ער האט‬ ‫געהאט אן אפענע שטוב וואו אידן פלעגן קומען עסן און‬ ‫טרינקען‪ .‬און ער פלעגט פארן נאך געלט אויף הוצאות הבית‪ .‬איז‬ ‫אמאל געווען וואס די רביצין האט זיך געהאט אנגעבארגט ביים‬ ‫געוועלב – פאר די שטוב‪ ,‬אז אידן זאלן האבן וואס צו עסן‪ ,‬און זי‬ ‫האט שוין געווארט אז דער רב זאל אהיימקומען מיט געלט‪ ,‬און מען‬ ‫זאל קענען באצאלן דעם חוב‪ .‬ווי דער קאלאשיצער רב איז‬ ‫אהיימגעקומען‪ ,‬זאגט זי‪" :‬זאג נאר‪ ,‬מען דארף געלט צו באצאלן פארן‬ ‫געוועלב"‪ .‬זאגט ער‪" :‬אה‪ ,‬וואס זאל איך דיר זאגן‪ ,‬עס איז געקומען א‬ ‫איד דעם רבי'ן ר' אלימלך'ס אן אייניקל‪ ,‬אז ער דארף חתונה מאכן‪,‬‬ ‫האב איך אים אוועקגעגעבן דאס גאנצע געלט‪."...‬‬ ‫ומ‬ ‫געזען דעם ביטערן קריג אין די חנוכה לעכט‬ ‫די לעצטע חנוכה פון פארן קריג (תרצ"ט לפ"ק)‪ ,‬האט דער קאלאשיצער‬ ‫רב זצ"ל זיך געשאקלט און שטארק אריינגעקוקט אין די לעכט‪,‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬סוכות‬ ‫און ער איז געווארן בלאסער און בלאסער‪ ,‬ביז ער האט גע'חלש'ט‪.‬‬ ‫ער האט געזען אלץ וואס דא קומט נעבעך‪.‬‬ ‫זיך אויסגעבעטן צו גיין על קידוש ה'‬ ‫רבי שמואל גארטנהויז ע"ה האט דערציילט‪ ,‬אז ער איז אמאל‬ ‫געקומען קיין ליזענסק צום ציון פון הייליגן רבי'ן ר' אלימלך‬ ‫זצ"ל‪ .‬האט ער געטראפן ווי דער קאלאשיצער רב ליגט דארט‬ ‫אויסגעשפרייט אויפן ציון און ער בעט זיך בכל כוחו‪ ,‬אז ער זאל זוכה‬ ‫זיין אומצוקומען אויף קידוש ה'!‬ ‫עס האט מיר דאהי דערציילט א איד וואס איז געווען מיטן‬ ‫קאלאשיצער רב אין די תפיסה אין יאסלא‪ ,‬עס איז געקומען‬ ‫סוכות‪ ,‬און אודאי האט מען דאך גארנישט געהאט‪ ,‬האט זיך דער‬ ‫קאלאשיצער רב אנגערופן צו די אידן אין די תפיסה "לאמיר לערנען‬ ‫משניות סוכה" און ער האט פארגעלענט פון אויסענווייניג‪ .‬דער איד‬ ‫האט מיר געזאגט אז ער האט פארגעלערנט מיט אזא שמחה‪ ,‬אז דער‬ ‫עולם איז געשטאנען פארגאפט און נישט פארשטאנען ולשמחה מה‬ ‫זו עושה!‬ ‫עס איז באקאנט די ווערטער וואס ער האט געזאגט ערב שבת צו זיין‬ ‫זון רבי דוד ליבוש – נאכדעם וואס מען האט אומגעברענגט‬ ‫זייערע ווייבער אין פריסטיק‪" :‬גרייט צו דעם שבת‪ ,‬וועלן מיר דינען‬ ‫דעם אייבערשטען אזויווי מלאכים‪ ,‬מלאכים און שרפים האבן אויך‬ ‫נישט קיין ווייבער און קיין קינדער"‪.‬‬ ‫דאס איז מדרגות למעלה מהשגותינו‪.‬‬ ‫זמ‬ ‫‪4‬‬ ‫‪yz‬‬ ‫כסא דנחמתא‬ ‫בלב רצוץ משגרים אנו בזה את מיטב נחמותינו לכבוד‬ ‫ידידינו היקר‪ ,‬הרבני הנגיד הנכבד והמפואר‪ ,‬כהן‬ ‫שדעתו יפה וברה‪ ,‬מוקיר תורה ואיהו גופיה צורבא‬ ‫מדרבנן‪ ,‬מפזר מהונו לשמח לבבות נשברות ולהחזיק‬ ‫תורה‪ ,‬אהוב על הבריות ושם שמים מתאהב על פיו‪,‬‬ ‫מוה"ר ר' זאב הכהן דרעזנער הי"ו‬ ‫מגדולי תומכי 'מכון אמרי מנחם'‬ ‫אשר זכה לקירבה יתירה אצל כ"ק מרן רבינו זי"ע‬ ‫המבכה מרה על הסתלקותו של אביו החשוב והיקר‬ ‫מוה"ר ר' שמואל מרדכי ע"ה‬ ‫אשר היה דוגמא של 'פארצייטישער איד' בכל תהליכותיו‪ ,‬בחר באומנת השתיקה‬ ‫ומחלוקת‪ ,‬די‬ ‫וכל שיחו ושיגו היה רק בדברי תורה‬ ‫אסורים הערן‬ ‫כדי שלא להכשל בדיבורים צו‬ ‫והתחזקות‬ ‫משפחתו וכל מוקירי זכרו‪.‬‬ ‫כיבושין‬ ‫גדול בקרב בני‬ ‫דבריאחריו חלל‬ ‫בנעימות ובשפתי חן‪ .‬הותיר‬ ‫המשפחה הנכבדה את‬ ‫‪718-400-7790‬‬ ‫בשעה קשה זו הננורופט‬ ‫מביעים לכבודו ולכל בני‬ ‫תנחומינו מעומק הלב‪ ,‬המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים‪,‬‬ ‫ומן השמים תנוחמו בכפליים‪.‬‬ ‫ויהי רצון שתהא נשמתו צרורה בצרור החיים‪ ,‬ויהא זכרו היקר נר לרגלי‬ ‫כל יוצאי חלציו‪ .‬ויזכו להמשיך את מורשתו ואת דרכיו הקדושים מתוך‬ ‫בריאות הגוה"נ‪ ,‬נחת דקדושה והרחבת הדעת‪.‬‬ ‫ומי שאמר לעולמו די יאמר לצרותיכם די‪,‬‬ ‫ומעתה ישמע במעונכם אך קול ששון ושמחה‪ ,‬ולא תוסיפו לדאבה עוד‬ ‫ובלע המות לנצח מעל כל פנים בב"א‪.‬‬ ‫מכון אמרי מנחם‬ ‫‪zy‬‬