gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — סוכות (2026-09-21)

מוציא לאור: דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish

שבוע: סוכות (2026-09-21)

דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — סוכות (2026-09-21)

פתח את ה-PDF הורדה

‫בעזהשי"ת‬ ‫דברי חיזוק‬ ‫סוכות ושמיני עצרת‬ ‫חג הסוכות ‪[ ...................................................................‬עמוד ה]‬ ‫קדושת הסוכה ‪[...........................................................‬עמוד כח]‬ ‫ד' מינים ‪[ ....................................................................‬עמוד לא]‬ ‫אושפיזין עילאין ‪[..........................................................‬עמוד מ]‬ ‫הושענא רבה ‪[ ............................................................‬עמוד מט]‬ ‫שמיני עצרת ושמחת תורה ‪[ ..........................................‬עמוד נ]‬ ‫תוכן ענינים מפורט בעמוד ג‬ ‫צו זיך איינשרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון‬ ‫רופט ‪ /‬טעקסט ‪ /‬אימייל צו מכון דברי חיזוק אויף ‪845-886-0123‬‬ ‫ווי אויך פאר סיי ווספארא באמעקונגען קענט איר לאזן א מעסידזש אויפן‬ ‫סיסטעם אדער שיקן א אימייל צו‬ ‫‪dc8458860123@gmail.com‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫תוכן הענינים מפורט‬ ‫חמדת הימים ‪ -‬די גרעסטע גליק וואס איז פארהאן – צו טון א מצוה פארן אויבערשטן!! ‪ ........‬ה‬ ‫ז‬ ‫אמרי פנחס ‪ -‬ווילאנג דו האלטס זיך גרויס‪ ,‬קענסטו נישט אויפשטיין פון דיינע נפילות! ‪..........‬‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬דורך די מצוה פון סוכה ווערט מען געראטעוועט פון גלות! ‪ .....................‬ח‬ ‫י‬ ‫אמרי פינחס ‪ -‬אין 'זמן שמחתינו' איז פאסיג צו מתפלל זיין אויף ענוה מתוך שמחה ‪..................‬‬ ‫י‬ ‫פרי צדיק ‪ -‬סוכות ווערט נתגלה אז דער גאנצער גלות איז בלויז לטובה! ‪...................................‬‬ ‫אור המאיר ‪ -‬האב איך א חלק אין דעם שמחת יום טוב?! ! ‪ ..........................................................‬יג‬ ‫שער התפילה ‪ -‬יעדן יום טוב ביסטו זוכה צו א געוואלדיגע ליכטיגקיט אין דיין נפש‪ ,‬אפילו דו‬ ‫שפירסט דאס נישט! ! ‪ ....................................................................................................................‬יד‬ ‫שפת אמת ‪ -‬סוכות געבט מען אוועק די גאנצע פארמעגן פארן אויבערשטן! ! ‪ ...........................‬טז‬ ‫ארן עדות ‪ -‬דורך די מצוה פון סוכה איז מען זוכה מקבל צו זיין דעם עול מלכות שמים! ! ‪ .......‬יז‬ ‫בני יששכר ‪ -‬וואס באקומען מיר בשכר פון 'ושמחת בחגך'? ! ‪ ....................................................‬יח‬ ‫שפת אמת ‪ -‬סוכות ווערט נתגלה אז דער אויבערשטער פאררופט זיין נאמען אויף אונז‪ ,‬און‬ ‫דורכדעם זענען מיר באשיצט פון אלעם שלעכטס! ‪ ......................................................................‬כ‬ ‫תורת אמת ‪ -‬אום סוכות זענען מיר זוכה צו באקומען טיילווייז דעם 'דעת' פונעם 'דור המדבר' ‪ .‬כא‬ ‫שפת אמת ‪ -‬סוכות באקומט מען א ליכטיגקייט פון הייליגע 'דעת' ‪ .............................................‬כג‬ ‫שפת אמת ‪ -‬א שמחה וואס קומט פון ריינקייט ‪ .............................................................................‬כד‬ ‫מגן אברהם ‪ -‬אום סוכות גרייט מען אן א שמחה אויף א גאנץ יאר! ‪ ............................................‬כד‬ ‫תפארת שלמה ‪ -‬זיך נישט דארפן שעמען אויף יענער וועלט! ‪ ....................................................‬כה‬ ‫רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ‪ -‬השי"ת בכבודו ובעצמו העלפט אונז! ‪ ...............................‬כו‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬די סוכה פארמאגט טיילווייז די קדושה פונעם בית המקדש!! ‪ ..................‬כח‬ ‫דברי יחזקאל ‪ -‬נישט רעדן קיין דברים בטלים אין די סוכה ‪ .........................................................‬כט‬ ‫מבשר צדק ‪ -‬פארטרייב נישט די הייליגע אושפיזין פון די סוכה!!! ‪ ............................................‬ל‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬גלייבן מיט 'אמונה' איז פיל חשוב'ער ווי משיג זיין מיט 'חכמה' און שכל ‪ .‬לא‬ ‫בארות המים ‪ -‬דורך די ד' מינים‪ ,‬נעמען מיר אריין דעם אויבערשטן אין אונזער הארץ! ‪ ..........‬לה‬ ‫שם משמואל ‪ -‬אוועקגעבן די אייגענע זכותים פארן כלל ‪ ............................................................‬לה‬ ‫שם משמואל ‪ -‬לויבן דעם אויבערשטן מיט א חיות און א פרישקייט! ‪ ........................................‬לח‬ ‫בית אברהם ‪ -‬זיך אינגאנצן איבערגעבן פארן אויבערשטן! ‪ .........................................................‬לט‬ ‫בארות המים ‪ -‬השי"ת קוקט אויף אונז דורך די לעכער פון די סכך! ‪ ...........................................‬מ‬ ‫בית אברהם ‪ -‬ווילסט אז די ברכה זאל דיר באגלייטן שטענדיג? היט דיינע אויגן! ‪ ....................‬מא‬ ‫אויסצונארן יצחק אבינו ‪ ........‬מג‬ ‫ַ‬ ‫הישר והטוב ‪ -‬די טיפע סיבה פארוואס עשו האט מצליח געווען‬ ‫זרע קודש ‪ -‬יעקב אבינו קומט אין סוכה און בענטש אונז בברכת התורה! ‪ .................................‬מה‬ ‫ייטב פנים ‪ -‬אפילו זיין עניוות האט משה רבינו באהאלטן! ‪ .........................................................‬מו‬ ‫תורת אמת ‪ -‬אין יום טוב סוכות קענען מיר זוכה זיין צו 'קדושת יוסף'! ‪ ......................................‬מז‬ ‫עבודת עבודה ‪ -‬דריי פירושים אויף 'הושענא רבה'! ‪ ....................................................................‬מט‬ ‫נ‬ ‫שם משמואל ‪ -‬די פנימיות'דיגע עבודה פון שמיני עצרת‪' :‬קבלת עול מלכות שמים'! ‪...............‬‬ ‫ייטב פנים ‪ -‬שמיני עצרת ווערן 'באפרייט' אלע פארווארפענע נשמות! ‪ .....................................‬נג‬ ‫תפארת שלמה ‪ -‬שמיני עצרת ווערן מיר פאראייניגט מיט די געטליכקייט פונעם אויבערשטן‬ ‫אליין! ‪ ..............................................................................................................................................‬נד‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬אומאויהערליכע סייעתא דשמיא צו זיין ריין פון שלעכטע מחשבות! ‪ .....‬נו‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬אז מען נעמט נישט די גאולה פאר די צייט איז מען זוכה צו די גאולה ‪ ....‬נח‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫חלק מקונטרס הזה הוא מעשי ידי אומן של‬ ‫הרב רבי יוסף זצ"ל ב"ר אברהם שמואל יהודא שליט"א‪,‬‬ ‫שהעתיק‪ ,‬ערך‪ ,‬וליבן חלק ניכר מקונטרס הזה‪ ,‬אשתקד חג הסוכות תשפ"ו‪.‬‬ ‫נדפס לזכרו ולעילוי נשמתו‬ ‫יה"ר שזכות הרבים יעמוד לו ולדורותיו לנצח ולנצחים‬ ‫ת‪.‬נ‪.‬צ‪.‬ב‪.‬ה‪.‬‬ ‫חג הסוכות‬ ‫‪-‬א‪-‬‬ ‫די גרעסטע גליק וואס איז פארהאן – צו טון א מצוה פארן אויבערשטן!!‬ ‫דער הייליגער ספר חמדת ימים (פון הרה"ק רבי בנימין הלוי זי"ע‪ ,‬א תלמיד פונעם רמ"ע מפאנו‬ ‫זי"ע) שרייבט‪ :‬ווען א מענטש טוט א מצוה‪ ,‬איז פון די וויכטיגסטע זאכן‪ ,‬אז ער זאל‬ ‫דאס מקיים זיין מיט א שמחה‪ .‬דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפ‪ ,).‬אז די שכינה קען‬ ‫נישט רוען אין א פלאץ וואו ס'איז דא עצבות‪ ,‬נאר אין א פלאץ פון שמחה‪.‬‬ ‫דעריבער זאל זיך דער מענטש מעורר זיין מיט א געוואלדיגע שמחה און אן‬ ‫אויסטערלישע פרייד‪ ,‬און ער זאל זיך מתבונן זיין אין די געוואלדיגע חסדים און אין די‬ ‫ענדלאזע גוטס פונעם אויבערשטן‪ ,‬ער זאל אריינטראכטן‪ ,‬אז דער אויבערשטער האט‬ ‫באשאפן אלע וועלטן בלויז פארן מענטש! און ער זאל צולייגן קאפ‪ ,‬אז כאטש וואס‬ ‫די גרויסקייט פונעם אויבערשטן איז ענדלאז‪ ,‬פארט קוקט ער זיך אום אויף מיר מיט‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫א ספעציעלע השגחה פרטיות‪ ,‬צו משפיע זיין פאר מיר אן א שיעור גוטס אויף דער‬ ‫וועלט און אויף יענער וועלט‪.‬‬ ‫פארשטעלן‪ ,‬אז אויב וואלט ער געוואוסט אז ער קען טון א געוויסע זאך‬ ‫ער זאל זיך ָ‬ ‫וואס דאס וועט אים ברענגען א נחת רוח פארן קעניג‪ ,‬וואלט ער נישט גערוהט און‬ ‫זיך נישט אפגעשטעלט ביז ער וועט ערפילן דעם רצוןפונעם קעניג‪ ,‬כאטש וואס דער‬ ‫קעניג איז דער זעלבער בשר ודם ווי אים‪ ,‬און ער גייט צום סוף שטארבן‪ ,‬פארט וועט‬ ‫ער זיין גאר פרייליך‪ ,‬אז דער גרויסער קעניג האט הנאה פון זיינע ווערק‪ .‬אויב אזוי איז‬ ‫זיכער‪ ,‬אז א מענטש דארף אריינלייגן אן א שיעור טירחות און כוחות צו טון דעם רצון‬ ‫פונעם גרויסן לעבעדיגן באשעפער‪ ,‬דער מלך מלכי המלכים‪ ,‬וואס ער לעבט אויף‬ ‫אייביג‪ ,‬און ער דארף לויבן און דאנקען דעם באשעפער‪ ,‬אז ער האט אים געגעבן די‬ ‫זכיה‪ ,‬צו קענען מקיים זיין די מצוה‪ ,‬און ער דארף דאס טון מיט אן אהבה און א‬ ‫ליבשאפט‪.‬‬ ‫דער מענטש זאל זיך מתבונן זיין‪" :‬ווער בין איך? וואס בין איך דען ווערד אז ס'קומט‬ ‫זיך מיר די זכיה צו קענען ערפילן דעם רצון פון אונזער גרויסן טאטן אין הימל?!‬ ‫ס'לוינט זיך מיר‪ ,‬זיך איבערצוגעבן מיט מיין גאנצער כח‪ ,‬גוף און געלט‪ ,‬און ארבעטן‬ ‫אומערמידליך‪ ,‬כדי איך זאל זוכה זיין צו טון עפעס א נחת רוח פאר אזא גרויסער‬ ‫באשעפער!"‬ ‫"איך האב דאך אזויפיל דערצערנט דעם אויבערשטן מיט מיינע פילע עבירות‪ ,‬און‬ ‫מיט דעם אלעם געבט ער מיר לעבן און גוטס‪ ,‬פרנסה און געזונט‪ ,‬אויב אזוי וויפיל‬ ‫הכרת הטוב בין איך מחוייב פאר אים?! דעריבער דארף איך מיך אינגאנצן‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אוועקגעבן‪ ,‬און אויסגעבן וויפיל געלט עס פעלט אויס‪ ,‬צו קענען מקיים זיין יעדע מצוה‬ ‫וואס קומט מיר נאר אונטער‪ ,‬מיט מיין גאנצע הארץ און נשמה"א‪.‬‬ ‫‪-‬ב‪-‬‬ ‫ווילאנג דו האלטס זיך גרויס‪ ,‬קענסטו נישט אויפשטיין פון דיינע נפילות!‬ ‫הרה"ק רבי פנחס קאריצער זי"ע האט געזאגט‪ :‬דאס ווארט סוכ"ה איז ראשי תיבות‬ ‫ס'ומך ו'עוזר ל'כל ה'נופלים‪ ,‬דאס מרמז אז די טעג פון יום טוב סוכות קומט אראפ א‬ ‫ספעציעלע השפעה פון הימל‪ ,‬וואס דאס איז מסוגל אז יעדער מענטש זאל זוכה זיין‬ ‫זיך אויפצוהייבן פון אלע זיינע נפילות און נידעריגע מצבים‪ ,‬סיי ברוחניות און סיי‬ ‫בגשמיות‪.‬‬ ‫א וזל"ק (חמדת ימים‪ ,‬חג הסוכות‪ ,‬פרק ב‪ ,‬לב)‪ :‬ומעיקרי המצוה להיות נעשית בשמחה ובזוהר אמרו‬ ‫שכינתא לא שריא באתר עציב אלא באתר חידו ויתעורר בגילה ושמחה רבה כשיחשוב‬ ‫בטובות הבורא יתברך שמו ויאמר בלבו הכל ברא בשביל האדם והשגחתו פרטית עלי להטיב‬ ‫לי בעולם הזה ובעולם הבא עם היות שלגדולתו אין תכלית וסוף ויקח משל מבשר ודם אם‬ ‫היה יודע שיעשה דבר שהוא רצון המלך לא ישקוט ולא ינוח עד שישלים רצון המלך שהוא‬ ‫רימה ותולעה כמוהו ויהיה שמח שמחה רבה על אשר באו מעשיו לפני המלך על אחת כמה‬ ‫וכמה שיש לו לטרוח ולבקש איך לעשות רצון מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא שהוא‬ ‫חי וקיים וישבח לאדון הכל שזיכהו במצוה ההיא ויעשה אותה באהבה וחיבה ויאמר מי אני‬ ‫ומה חיי שפל ואפל לעשות רצון אבינו שבשמים והלואי אעבוד בכל כחי וגופי וממוני ביום‬ ‫ובלילה ואשיג מה רצונו וחפצו שימצא נחת רוח בעבודתי ומעשה ידי אחר כל ההכעסות‬ ‫שאני מכעיסו בפועל כפי ובעלילותי בעבור רצונו בכל רגע ובכל שעה והוא מאריך אפיה‬ ‫ונותן לי חיים ושלום ואינו מקפח מזונותי וטובתי מפני זה ואיך אני לא אכיר בטובתו הגדולה‬ ‫ובגמולו השלם וכשיבא איזה מצוה קטנה או גדולה לידי אשתעבד עצמי וממוני לעשיית‬ ‫המצוה ההיא בכל לב ובכל נפש‪.‬‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫דאס איז אבער נאר בתנאי אז דער מענטש איז בענוה ושפלות‪ ,‬ער קוקט זיך טאקע‬ ‫אן ווי א 'נופל' און ער שפירט ווי ער איז גארנישט‪ ,‬דעמאלטס איז ער זוכה אז השי"ת‬ ‫וועט אים אונטערלאנען און אויפהייבן‪ ,‬אזויווי חכמינו ז"ל זאגן (עירובין יג‪' ):‬מי שמשפיל‬ ‫עצמו הקב"ה מגביהו'‪ ,‬דער וואס האלט זיך קליין הייבט אים השי"ת אויף‪ .‬און דאס‬ ‫איז א גרויסע כלל‪ ,‬אז דוקא דורך ענוה ושפלות איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלע‬ ‫נפילותב‪.‬‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫דורך די מצוה פון סוכה ווערט מען געראטעוועט פון גלות!‬ ‫דער מדרש זאגט (ילקוט‪ ,‬אמור‪ ,‬תרנג)‪ ,‬אז דער טעם פון די מצוה פון סוכה איז‪ ,‬אז אויב‬ ‫איז חלילה אנגעשריבן געווארן יום כיפור‪ ,‬אז מיר זאלן דארפן גיין אין גלות‪ ,‬זאלן מיר‬ ‫אפקומען מיט דעם וואס מיר גייען ארויס אין סוכה‪ .‬און אזוי זאגן מיר אויך אין דעם‬ ‫יהי רצון‪ ,‬ווען מען גייט אריין אין די סוכה‪.‬‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע פרעגט‪ ,‬אז לכאורה אין פסוק שטייט דאך אן אנדערן‬ ‫טעם אויף די מצוה פון סוכה (ויקרא כג‪ ,‬מג)‪ ,‬כדי מיר זאלן געדענקען‪ ,‬אז ווען מיר זענען‬ ‫ארויסגעגאנגען פון מצרים‪ ,‬האט אונז דער אויבערשטער אריינגעזעצט אין סוכות?‬ ‫נאר מ'קען ערק לערן‪ ,‬אז באמת זענען ביידע טעמים איינס‪ ,‬ווייל ס'איז באקאנט‪ ,‬אז‬ ‫גלות מצרים איז דער שורש פון אלע גלויות‪ ,‬און דער גאולה פון מצרים איז דער שורש‬ ‫ב אמרי פנחס לסוכות (ד"ה הרחמן)‪' :‬סוכה' נוטריקון ס'ומך ו'עוזר כ'ל ה'נופלים‪ .‬וזה דוקא למי‬ ‫שבעיניו נופל בבחינת אין‪ ,‬וחושב שהוא שופל‪ ,‬הקב"ה מגביהו ועוזרו‪ ,‬כמ"ש בגמרא (עירובין‬ ‫יג‪ ):‬מי שמשפיל עצמו הקב"ה מגביהו‪ ,‬וזה כלל גדול‪.‬‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫פון אלע גאולות‪ ,‬און וויבאלד מען איז ארויס פון מצרים געיאגטערהייט‪ ,‬ווייל מען‬ ‫האט מער נישט געקענט בלייבן דארט נאך א רגע‪ ,‬דעריבער האבן מיר דאן נאך נישט‬ ‫זוכה געווען צו א שלימות'דיגע און נצחיות'דיגע גאולה‪ ,‬קומט אויס‪ ,‬אז בשעת ווען‬ ‫אידן זענען ארויס פון מצרים האבן זיי נאך געדארפט זיין אין גלות‪.‬‬ ‫לויט דעם קען מען זאגן‪ ,‬אז מיט דעם וואס דער אויבערשטער האט זיי אריינגעזעצט‬ ‫אין סוכות‪ ,‬ווען זיי זענען ארויס פון מצרים‪ ,‬דערמיט זענען זיי אביסל אפגעקומען דעם‬ ‫גלות וואס זיי זענען געווען מחוייב‪.‬‬ ‫אויב אזוי קומט אויס‪ ,‬אז דער טעם וואס דער פסוק זאגט‪ ,‬אז סוכות איז א זכר צו די‬ ‫סוכות אין וואס מיר זענען געזיצן ווען מיר זענען ארויס פון מצרים‪ ,‬און דער טעם‬ ‫פונעם מדרש‪ ,‬אז דאס איז מבטל גלות – זענען ביידע איינס‪ ,‬ווייל אויך די‬ ‫דעמאלטסדיגע סוכות האבן געדינט צו באשיצן פון דעם גלות‪ ,‬און דאס זעלבע היינט‬ ‫צוטאגס האט די סוכה א כח צו באשיצן און פטר'ן פון גלותג‪.‬‬ ‫ג וזל"ק (דברי יואל‪ ,‬סוכות‪ ,‬עמ' רכז)‪ :‬איתא במדרש ילקוט פ' אמור (רמז תרנ"ג) א"ר אליעזר בר‬ ‫מרום למה אנו עושים סוכה אחר יוהכ"פ‪ ,‬אתה מוצא בר"ה יושב הקב"ה בדין על באי‬ ‫העולם וביוהכ"פ הוא חותם את הדין‪ ,‬שמא יצא דינן של ישראל לגלות‪ ,‬ועל כן עושין‬ ‫סוכה וגולין מבתיהן לסוכה והקב"ה מעלה עליהן כאלו גלו וכו'‪ ,‬וכן אומרים ביה"ר (בשעת‬ ‫כניסה לסוכה בליל א') ובזכות צאתי מביתי החוצה וכו' יחשב לי כאילו הרחקתי נדוד‪ .‬ולכאורה‬ ‫צ"ב דהרי בפסוק מבואר טעם אחר על מצות סוכה שנא' למען ידעו דורותיכם כי בסוכות‬ ‫הושבתי את בנ"י בהוציאי אותם מאמ"צ‪ .‬ואפ"ל דתרווייהו טעמא חדא נינהו‪ ,‬דידוע‬ ‫דגלות מצרים הי' שורש לכל הגליות וגאולת מצרים שורש לכל הגאולות‪ ,‬ולפי שלא‬ ‫נשלם עדיין זמן הגלות מפני שלא יכלו להתמהמה עוד לכן לא היתה גאולה נצחית אלא‬ ‫גאולה לשעה‪ ,‬וכשיצאו ממצרים עדיין היתה עליהם חובת גלות‪ ,‬ואפשר דבמה שהושיבם‬ ‫השי"ת בסוכות בצאתם ממצרים נתמרק מעליהם קצת מחובת הגלות‪ ,‬וא"כ טעם המבואר‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫אין 'זמן שמחתינו' איז פאסיג צו מתפלל זיין אויף ענוה מתוך שמחה‬ ‫הרה"ק רבי פנחס קאריצער זי"ע האט געוויזן פאר זיינע תלמידים‪ ,‬אז אין ספה"ק‬ ‫פרי עץ חיים ביי די 'יהי רצון' וואס מען זאגט סוכות בשעת מען נעמט ארויס די ספר‬ ‫תורה‪ ,‬איז מען מתפלל 'והצילנו מרוח גבוהה'‪ ,‬אז מען זאל ניצול ווערן פון גאוה‪ .‬האט‬ ‫ער מסביר געווען די טעם דערצו‪ ,‬ווייל וויבאלד סוכות איז דאך דער 'זמן שמחתינו'‪,‬‬ ‫איז דעמאלט זייער פאסיג צו מתפלל זיין אויף ענוה והכנעה‪ ,‬כדי די הכנעה זאל זיין‬ ‫מתוך שמחה וחדוה‪ ,‬אין נישט ח"ו מיט עצבותד‪.‬‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫סוכות ווערט נתגלה אז דער גאנצער גלות איז בלויז לטובה!‬ ‫מיר זאגן ביי די יהי רצון ווען מען גייט אריין אין די סוכה‪ ,‬אז אין זכות פון דעם‬ ‫וואס מיר גייען ארויס פון אונזער הויז צו זיצן אין סוכה‪ ,‬זאל ווערן פאררעכנט כאילו‬ ‫מיר זענען געגאנגען אין גלות‪ .‬דער מקור דערפון איז אין פסיקתא (ילקוט‪ ,‬רמז תרנג)‪,‬‬ ‫בפסוק דהוא זכר לסוכות שישבו בשעת יצי"מ והטעם שאמרו בילקוט שבא להמתיק‬ ‫חובת הגלות תרווייהו כחדא נינהו‪ ,‬דגם אז בצאתם ממצרים היו הסוכות הגנה מן הגלות‬ ‫וכאז כן עתה יש בה כדי לבטל גזירת הגלות‪.‬‬ ‫ד אמרי פנחס לסוכות (ד"ה הראה)‪ :‬הראה לנו הרב בפרי עץ חיים שלו‪ ,‬ביהי רצון של‬ ‫סוכות בשעת הוצאת ספר תורה‪ ,‬והצילנו מרוח גבוהה‪ .‬והטעם כיון שהוא זמן שמחתינו‬ ‫צריך להתפלל אז על הכנעה‪ ,‬שיהיה הכנעה בשמחה‪.‬‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אז צוליב דעם דארף מען זיצן אין סוכה נאך יום כיפור‪ ,‬ווייל אויב איז געווארן‬ ‫אנגעשריבן יום כיפור‪ ,‬אז מיר זאלן דארפן גיין אין גלות‪ ,‬וועט די סוכה ווערן‬ ‫פאררעכנט פונקט ווי גלות בבל‪.‬‬ ‫רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע איז מסביר דער טיפקייט דערפון‪ ,‬ווייל אין גלות‬ ‫בבל האט אנגעהויבן שיינען א געוואלדיגע ליכטיגקייט פון תורה שבעל פה‪ ,‬דארט‬ ‫זענען געווען די אנשי כנסת הגדולה וואס זיי האבן מתקן געווען אלע גזירות‪ ,‬גדרים‪,‬‬ ‫וסייגים וואס מיר האבן היינט צוטאגס‪ ,‬כדי צו אפהיטן אויף די קדושה פון כלל‬ ‫ישראל‪ ,‬און זיי האבן זיך מוסר נפש געווען צו פארמערן תלמידים ביי כלל ישראל‪.‬‬ ‫אין גלות בבל איז אויך געווען דער נס פון פורים‪ ,‬וואס דאן האבן די אידן מקבל‬ ‫געווען אויף זיך די תורה שבעל פה מיט אן אהבה‪ ,‬ווייל ביים בארג סיני האט דער‬ ‫אויבערשטער געמוזט צוואונגען די אידן אז זיי זאלן מקבל זיין תורה שבעל פה‬ ‫(תנחומא‪ ,‬נח)‪ ,‬ווייל זיי האבן דאס נישט געוואלט מקבל זיין פון זייער אייגענעם ווילן‪,‬‬ ‫וויבאלד ס'פעלט זיך אויס דערצו‪ ,‬אסאך פלאג‪ ,‬מוטשעניש‪ ,‬און מען דארף אויפגעבן‬ ‫אויף אלע תאוות פון עולם הזה‪ ,‬אבער דוקא אין גלות בבל האבן זיי יא מקבל‬ ‫געווען די תורה שבעל פה מיט ליבשאפט און מיט שמחה‪.‬‬ ‫קומט אויס‪ ,‬אז דוקא די גלות בבל האט צוגעברענגט‪ ,‬אז אידן האבן זוכה געווען‬ ‫צו אן אויסטערלישע ליכטיגקייט פון די תורה‪ .‬דאס זעלבע איז די מצוה פון סוכה‪,‬‬ ‫אז תיכף נאך יום כיפור‪ ,‬ווען אונזערע עבירות זענען געווארן אפגעווישט‪ ,‬און מיר‬ ‫זענען געווארן פון פריש באשאפן‪ ,‬איז מען אונז יעצט מרמז מיט די מצוה פון סוכה‪,‬‬ ‫אז די גאנצע גלות קומט בלויז צו פארמערן אונזער קדושה‪ ,‬און פון אלע‬ ‫שוועריגקייטן פון די גלות וועט ארויסקומען בלויז גוטס‪.‬‬ ‫‪ -‬יא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫דאס איז מרומז אין די הייליגע מצוה פון סוכה וואס איז אזויווי גלות‪ ,‬און די סוכה‬ ‫באשיצט אויף אונז‪ ,‬אז אונזערע פיינט זאלן נישט קענען האבן קיין שליטה אויף‬ ‫אונזה‪.‬‬ ‫ה וזל"ק (פרי צדיק ‪,‬סוכות‪ ,‬ד"ה בנוסח)‪ :‬אכן מקור הנוסח הוא מפסיקתא דאיתא בפסיקתא‬ ‫מצות סוכה אחר יוה"כ אחר שנמחלו העונות אולי נתחייבו גלות תהי' מצות סוכה‬ ‫כגלות בבל דכתיב ובאת עד בבל שם תנצלו ומשם יגאלך ה' מכף כל אויביך‪ ...‬ושם‬ ‫בבבל התחיל התפשטות הד"ת שבע"פ ואמרו רז"ל (שהש"ר פ"ד ד') הרבה צדיקים העמדתי‬ ‫בחורבנה יותר מישובה והרבה גזירות גזרתי עלי וקיימתים יותר ממה שגזרת עלי‪ .‬והכל‬ ‫הי' מאנשכנה"ג שהיו בבבל‪ .‬כי כל הגזירות והסיגים שלא נאמר מי עשאם כולם הם‬ ‫מאנשכנה"ג שתיקנו לישראל לצורך קדושת ישראל ביתר שאת ויתר עוז‪ .‬ומצינו במשנה‬ ‫שמעון הצדיק הי' משיורי אנשכנה"ג ואמר והעמידו תלמידים הרבה ועשו סיג לתורה‬ ‫שמסרו נפשם להעמיד תלמידים הרבה להרביץ תורה בישראל ומצינו בימי אחשורוש‬ ‫שהיו בגלות וקבלו עליהם התושבע"פ מרצונם מצד אהבת הקב"ה כי כפיית ההר בסיני‬ ‫הי' על תושבע"פ (כדאי' תנחו' נח) שלא רצו לקבל מרצונם כי צריכה יגיעה ולמאס תענוג‬ ‫עוה"ז‪ .‬ואמנם בגלות קבלו עליהם התושבע"פ באהבה ובשמחה‪ .‬ומצינו אח"כ שכל‬ ‫התושבע"פ נתגלה להם בגלות בבל ורב יהודא אסר לגמרי לצאת מבבל לארץ ישראל‪.‬‬ ‫(כתובות קי‪ ):‬והגלות בעצמו גרם לישראל להתפשטות התורה הקדושה כדכתיב כי ברב‬ ‫חכמה רוב כעס שהרב הכעס גורם להתגלות רב החכמה כי ברוב חכמה נתקן רוב‬ ‫הכעס וזה שמביא הפסוק משם יגאלך ה' מכף כל אויביך היינו היצה"ר (כמ"ש סוכה נ"ב‪):‬‬ ‫שהוא עיקר האויב לישראל וע"י הד"ת נתקן גם הלב כסיל ונעשים לב אחד להקב"ה‪.‬‬ ‫וכמו כן מצות סוכה תיכף אחר יוה"כ שנמחלו העונות לישראל נעשים ברי' חדשה‬ ‫להתקרב להקב"ה מרמז לנו שהגלות הוא להרבות קדושתינו ותיכף אנחנו נכנסים למצוה‬ ‫ולקדושה וסוכה ג"כ מגנת עלינו כי היא הפריסת סכת שלום ואנחנו יושבים בסתר‬ ‫עליון ומצלת אותנו שלא יוכלו האורבים לגשת אלינו‪.‬‬ ‫‪ -‬יב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫האב איך א חלק אין דעם שמחת יום טוב?!‬ ‫הרה"ק רבי וועלוועלע פון זיטאמיר זי"ע זאגט‪ :‬דער עיקר שמחה פון דעם יום טוב‬ ‫סוכות איז‪ ,‬ווייל יעצט אין די טעג פון סוכות איז די שכינה כביכול געווארן‬ ‫אויפגעבויעט און פארראכטן בשלימות‪ ,‬און דעריבער איז דער אויבערשטער יעצט‬ ‫משמח די שכינה‪ ,‬און פון דארט קומט ארויס די גאנצע שמחת יום טוב‪.‬‬ ‫דעריבער איז יעצט אין דעם 'זמן שמחתינו' דער צייט‪ ,‬אז יעדער איד זאל זיך מתבונן‬ ‫זיין‪ ,‬אין די קעמערלעך פון זיין שכל און אין די טיפעניש פון זיין הארץ‪ ,‬צי ער האט‬ ‫טאקע זוכה געווען צו האבן א חלק אויפצובויען די שכינה‪ ,‬דורך זיינע גוטע מעשים‬ ‫און דורך זיין קבלת עול מלכות שמים במשך די טעג פון ראש השנה ביז שמיני עצרת‪.‬‬ ‫ווייל דער וועג וויאזוי די שכינה ווערט אויפגעבויעט איז נאר דורך די מעשים טובים‬ ‫פון אידן ‪ ,‬און ווי מער אידן דערנענטערן זיך צום אויבערשטן‪ ,‬אלס מער ווערט די‬ ‫שכינה אויפגעבויעט‪ ,‬דעריבער דארף זיך יעדער איד מתבונן זיין צי ער האט טאקע‬ ‫זוכה געווען צו גורם זיין א שמחה פאר די שכינהו‪.‬‬ ‫ו וזל"ק (אור המאיר‪ ,‬סוכות)‪ :‬ומעתה תחזה גודל הזהירות והנקיות שצריך להיות על כל אחד‬ ‫מישראל עתה בזמן השמחה ולהתבונן במעוז שכלו ועומק לבו אם יש לו איזה חלק מצד‬ ‫כשרון פעולותיו וקבלת עול מלכותו מראש עד סוף מר"ה עד עצרת מה גרם למעלה אם יש‬ ‫לו חלק בבנין קומת השכינה אשר זהו עיקר השמחה להיות ה' איש מלחמה שמח את אשתו‬ ‫יראת ה' עתה בגמר תיקונה ובניינה ומי הוא הבונה הלא הכל מצד נשמות ישראל לערך‬ ‫אחיזתם בקומתה כנזכר והיא העולה עמהם להתפאר במעשיהם לומר חזי במה ברא אתינא‬ ‫לקמך ומראה לפניו קיבוץ כללות נשמות ישראל כי הוא דמות דכל דמיונות מתחזין בה‬ ‫‪ -‬יג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫יעדן יום טוב ביסטו זוכה צו א געוואלדיגע ליכטיגקיט‬ ‫אין דיין נפש‪ ,‬אפילו דו שפירסט דאס נישט!‬ ‫דער הייליגער באר מים חיים זי"ע שרייבט‪ :‬דער גאנצער ענין פארוואס השי"ת האט‬ ‫אונז געהייסן 'עולה רגל' זיין‪' ,‬לראות וליראות את פני השם' אין בית המקדש דריי‬ ‫מאל א יאר‪ ,‬אזויווי עס שטייט אין פסוק (דברים טז) 'שלש פעמים בשנה יראה כל‬ ‫זכורך את פני ה' אלקיך'‪ .‬ווייל דאס 'ראיית פני השם' פון צייט צו צייט‪ ,‬העלפט‬ ‫אסאך פאר די נשמה פון א איד צו באקומען א ליכטיגקייט‪ ,‬אז עס זאל שטענדיג‬ ‫ברענען ביי אים אין הארצן א חשק פון ליבשאפט צו השי"ת‪.‬‬ ‫ווייל דער עיקר פון אלע ימים טובים איז‪ ,‬אז דעמאלטס שיינט די ליכטיגקייט פון‬ ‫השי"ת אויף אלע אונטערשטע וועלטן‪ ,‬און דורך די דאזיגע ליכטיגקייט שטארקט זיך‬ ‫די חשק און די אור פון השי"ת אין די הארץ פון יעדן איד באזונדער‪ ,‬אזויווי עס איז‬ ‫באקאנט דער כלל (סנהדרין צד‪' ).‬אף על גב דאיהו לא חזי מזלייהו חזי'‪ ,‬און כאטש די‬ ‫גוף שפירט עס טאקע נישט‪ ,‬אבער די נשמה פון יעדן איד דערקוויקט זיך און פריידט‬ ‫זיך מיט די ליכטיגקייט פון השי"ת וואס זי באקומט דורך דעם 'ראיית פני השם'‪ ,‬און‬ ‫זי גלוסט און בענקט זיך צו באהעפטן צו השי"ת מיט אלע כוחות‪ ,‬אזויווי א קליין קינד‪,‬‬ ‫ווען ער זעט זיין טאטע פון דערווייטנס‪ ,‬לויפט ער צו אים מיט אלע כוחות און מיט זיין‬ ‫גאנצע הארץ‪ ,‬און ער זעצט זיך אויף זיין שויס‪.‬‬ ‫ובהתאספם יחד גורמים כללות בחי' היחוד ונמצא ראוי שכל א' מישראל יתבונן בפנימיות‬ ‫מחשבתו איה איפוא בחי' היחוד שגרע בעצמו לערך בחינתו‪.‬‬ ‫‪ -‬יד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫דעריבער האט די תורה געהייסן ביי די מצוה פון 'הקהל' אז אפילו די קליינע קינדער‬ ‫זאלן קומען‪ ,‬כאטש זיי פארשטייען גארנישט וואס מען ליינט אין די תורה‪ ,‬ווייל דאס‬ ‫אליינס וואס זיי זוכה צו 'ראיית פני השם'‪ ,‬דהיינו צו קומען אין בית המקדש אין די‬ ‫צייט פון יום טוב‪ ,‬וואס דעמאלטס שיינט די ליכטיגקייט פון השי"ת אין אלע וועלטן‪,‬‬ ‫דאס איז זייער גוט פאר די נשמה און די נפש פונעם מענטש‪ ,‬אז ער זאל דורכדעם‬ ‫זוכה זיין צו מקבל זיין די ליכטיגקייט פון השי"ת‪ .‬ממילא אפילו א קליין קינד דארף‬ ‫אויך קומען‪ ,‬כדי זיין נשמה זאל באקומען די געוואלדיגע אור‪ ,‬און דאס וועט אים‬ ‫העלפן אויף זיין גאנצע לעבן ווייטער‪ ,‬אז עס זאל ברענען אין אים די חשק און‬ ‫התלהבות צו עבודת ה'‪ ,‬מיט אהבה און שמחה און מיט אלע כוחותז‪.‬‬ ‫ז שער התפלה (שער ניפול)‪ :‬כי זה כל ענין מצות הראיה שצונו אלהינו ב"ה לעלות ולראות לפניו‬ ‫בשלש פעמי רגלינו ככתוב בתורתו שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך את פני ה' אלהיך וגו'‪,‬‬ ‫כי ראיית פני אלהים יועיל מאד לנשמת ישראל לקבל הארה נפלאה להיות נקבע בלבו חשק‬ ‫אהבת ה' ועבודתו מזמן לזמן‪ .‬כי עיקר המועדים האלה הוא שאז בזמן ההוא מאיר שמו ית'‬ ‫הארת אורו ומבהיק ומפיק זיו נוגה לכל העולמות שלמטה‪ ,‬ומהארה הזו מתעלה חשק אורו‬ ‫ית' בלב כאו"א מישראל‪ ,‬כי אע"ג דאיהו לא חזי מזליה חזי והוא נשמתו אשר בקרבו מתענג‬ ‫ומשמחת בראות פני אלהים וחומדת ומתאות וחושקת וחפיצה להדבק בו ית' בכל עוז‬ ‫ותעצומות‪ ,‬כדמיון הבן הקטן שכשרואה את אביו הוא רץ אליו בכל כוחו ולבו ויושב בחיקו‪,‬‬ ‫ואביו מנטלהו ומנשאהו על ידיו כמאמר הכתוב (הושע י"א) ואנכי תרגלתי לאפרים קחם על‬ ‫זרועותיו‪ .‬ולזה צותה התורה הק' במצות הקהל שיבואו האנשים והנשים והטף לראות פני ה'‬ ‫אלהיהם‪ ,‬ועוררו חז"ל (חגיגה ג') אם אנשים באים ללמוד ונשים באות לשמוע טף למה באים‬ ‫כו'‪ ,‬ואולם הכל סובב על דברינו‪ ,‬כי ההתראותבעזרה מול פני אור שמו ית' שהיה מאיר בחגים‬ ‫ומועדי הזמן היה מועיל מאוד לנשמת ולנפש האדם להאיר אליה מאור פני ה'‪ ,‬וע"כ גם בנער‬ ‫הקטן היו צריכים לחנכו לפי דרכו להאיר על נפשו מהארת הזמן שהיה מאיר בעזרה‪ ,‬ואז גם‬ ‫כי יזקין לא יסור ממנו לחפוץ ולחשוק בהתקרבות שמו ית' עד מיצוי דם נפשו באהבה ושמחה‪.‬‬ ‫‪ -‬טו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫סוכות געבט מען אוועק די גאנצע פארמעגן פארן אויבערשטן!‬ ‫דער הייליגער שפת אמת זי"ע זאגט‪ :‬די דריי ימים טובים זענען קעגן די דריי זאכן‬ ‫וואס ווערן אויסגערעכנט אין פסוק (דברים ו‪ ,‬ה)‪" :‬בכל לבבך ובכל נפשך ובכל‬ ‫מאודך" ‪ -‬דאס הארץ‪ ,‬די נפש‪ ,‬און דאס געלט‪.‬‬ ‫פסח איז מען זוכה צו א ריין הארץ‪ ,‬ווייל דאן איז מען געווארן ריין פונעם יצר הרע‪,‬‬ ‫און שבועות איז מען זוכה צו שפירן א ליכטיגקייט אין נפש דורך קבלת התורה‪ ,‬און‬ ‫סוכות איז מען זוכה צו אוועקגעבן פארן אויבערשטן דאס געלט‪ ,‬ווייל דאן גייט מען‬ ‫ארויס פון די אייגענע דירה‪ ,‬און מען פארלאזט זיך נישט אויף זיין פארמעגן און זיין‬ ‫הויז‪ ,‬נאר מען ווארפט זיך גענצליך ארויף אויפן אויבערשטן‪.‬‬ ‫ענליך צו דעם האב איך געהערט פון מיין הייליגן זיידן (דער חידושי הרי"ם זי"ע)‪ ,‬אז די‬ ‫דריי ימים טובים זענען מבטל די דריי שלעכטע נאטורן‪ :‬קנאה‪ ,‬תאוה‪ ,‬און כבוד‪ .‬און‬ ‫דאס איז ענליך צו וואס ס'איז אויבן ערקלערט געווארן‪ ,‬ווייל קנאה איז שולט אינעם‬ ‫גוף און אינעם הארץ‪ ,‬תאוה שפירט מען אין נפש‪ ,‬און כבוד איז אינדרויסן פונעם גוף‬ ‫פונקט ווי עשירות און געלטח‪.‬‬ ‫ח וזל"ק (שפת אמת‪ ,‬סוכות‪ ,‬תרל"ד)‪ :‬ג' רגלים בכל לבבך נפשך מאודך (דברים ו ה) בפסח נגאלו מיצר‬ ‫הרע ושבועות הרגשה בנפש נפשי יצאה בדברו (שה"ש ה)‪ ,‬ובסוכות מאודך צא מדירת קבע‬ ‫כמו שאמרו ז"ל (סוכה ב א)‪ ,‬שלא לסמוך על ממונו ובנינו רק לבטוח בהשי"ת‪ ,‬וכן חיבת ענני‬ ‫הכבוד הוא חיבה יתירה כענין העשירות שחוץ לגוף‪ .‬וכעין זה שמעתי ממו"ז ז"ל אשר ג'‬ ‫‪ -‬טז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫דורך די מצוה פון סוכה איז מען זוכה מקבל צו זיין דעם עול מלכות שמים!‬ ‫הרה"ק רבי שרגא יאיר פון ביאלברזיג זי"ע (א זון פון הרה"ק רבי נתן דוד משידלאווצא‬ ‫זי"ע) שרייבט‪ :‬דורך די מצוה פון סוכה קען א מענטש זוכה זיין צו מקבל זיין אויף זיך‬ ‫דעם עול מלכות שמים‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אינעם פסוק (דברים כו‪ ,‬ט)‪" :‬הסכת ושמע ישראל" – דאס ווארט‬ ‫"הסכת" איז א לשון פון סוכה'‪ ,‬און די כוונה איז‪ ,‬אז דורך די מצוה פון סוכה קען‬ ‫יעדער איד זוכה זיין צו דער מדריגה פון 'שמע ישראל'‪ ,‬וואס דאס איז מרמז אויף דעם‬ ‫ענין פון 'קבלת עול מלכות שמים'ט‪.‬‬ ‫רגלים נגד קנאה ותאוה וכבוד (אבות פ"ד מכ"א) והוא גם כן כנ"ל קנאה בגוף כמו שכתוב (משלי יד‪,‬‬ ‫ל) רקב עצמות קנאה‪ ,‬ותאוה לנפש‪ ,‬וכבוד חוץ לגוף כנ"ל‪.‬‬ ‫וכעי"ז הוא שם (סוכות‪ ,‬תרל"ח)‪ :‬בשם אא"ז מו"ר ז"ל כי הג' רגלים הם לבטל ג' מדות רעות‬ ‫קנאה תאוה כבוד (אבות פ"ד מכ"א)‪ .‬ונראה שהם מיוחדים לג' אלה בכל לבבך נפשך מאודך‬ ‫(דברים ו ה) כי התאוה בלב והקנאה בנפש והכבוד בנכסים ועל אלה הג' אל יתהלל חכם כו'‬ ‫וגבור כו' ועשיר כו' כי אם בזאת (ירמיה ט כב כג) פירוש בזאת שיודע שהכל מהבורא יתברך שמו‬ ‫ובזאת שאינו מהלל עצמו כו' בזה יתהלל המתהלל כו'‪.‬‬ ‫ט וזל"ק (ארן עדת ד"ה בסוכות)‪ :‬על ידי מצות סוכה יכולין לבוא לקבלת עול מלכות שמים כנ"ל‬ ‫וזה פי' הכתוב (דברים כו ט) הסכת ושמע ישראל הסכ"ת הוא מלשון סוכה והרצון שע"י מצות‬ ‫סוכה יכולין לבוא לבחינת שמע ישראל שהוא קבלת עול מלכות שמים‪.‬‬ ‫‪ -‬יז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫וואס באקומען מיר בשכר פון 'ושמחת בחגך'?‬ ‫עס שטייט אין פסוק (דברים טז טו) 'שבעת ימים תחוג לה' אלקיך וגו' והיית אך שמח'‬ ‫[‪-‬זיבן טעג זאלסטו פראווען דעם יום טוב סוכות‪ ,‬און דו זאלסט זיין בלויז פרייליך]‪,‬‬ ‫דער הייליגער בני יששכר זי"ע איז מדייק אז איין פסוק פריער (פסוק יד) שטייט דאך‬ ‫שוין 'ושמחת בחגך'‪ ,‬אז מען זאל זיין פרייליך אום סוכות‪ ,‬אויב אזוי וואס לייגט ער‬ ‫דא צו מיטן 'והיית אך שמח'‪ ,‬אויך דארף מען פארשטיין דאס ווארט 'אך' וואס איז‬ ‫א לשון מיעוט‪ ,‬וואס קומט ער דא ממעט צו זיין‪.‬‬ ‫נאר באמת איז דא א חילוק פון דעם לשון 'ששון' און דעם לשון 'שמחה'‪ ,‬ווייל 'ששון'‬ ‫איז טייטש אז מיר זענען פרייליך ווייל מיר זענען זיכער אז השי"ת וועט אונז העלפן‬ ‫מיט די ישועה וואס מיר ווארטן און האפן נאך דערויף‪ ,‬און 'שמחה' איז טייטש אז מיר‬ ‫זענען פרייליך מיט די ישועה וואס איז שוין געקומען‪ .‬און יעצט ווען עס קומט די יום‬ ‫טוב סוכות‪ ,‬כאטש מיר זענען טאקע ב'שמחה' אויף דעם וואס מיר האבן זוכה געווען‬ ‫אז השי"ת האט אונז מוחל געווען אום יום כיפור אויף אלע אונזערע עבירות‪ ,‬און ווי‬ ‫אויך מיט די השפעה פון די פירות און תבואה וואס השי"ת האט אונז געשאנקן‪ .‬דאך‬ ‫דארף מיר אויך זיך פירן מיט די בחינה פון 'ששון'‪ ,‬צו ווארטן און האפן אויף די גאולה‬ ‫שלימה בקרוב‪ ,‬ווען משיח וועט קומען און מיר וועלן זוכה זיין ארויפצוגיין קיין ירושלים‬ ‫אינעם הייליגן בית המקדש‪.‬‬ ‫דעריבער געפינען מיר טאקע אז ביי 'שמחת בית השואבה' שטייט דאס לשון (ישעיה‬ ‫יב ג) 'ושאבתם מים בששון'‪ ,‬ווייל מיר דארפן נאך האבן די בחינה פון 'ששון'‪ ,‬ווייל‬ ‫ליידער האבן מיר נאכנישט זוכה געווען צו די גאולה שלימה‪ .‬און נאר נאכדעם וואס‬ ‫‪ -‬יח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫עס וועט זיין די תיקון השלם‪ ,‬און עס וועט מקויים ווערט די פסוק (שם לה י) 'ושמחת‬ ‫עולם על ראשם'‪ ,‬דעמאלטס וועט זיין א 'שמחה שלימה'‪ ,‬און מען וועט נאר האבן די‬ ‫בחינה פון 'שמחה' און מען וועט מער נישט דארפן קיין 'ששון'‪.‬‬ ‫מיט דעם קען מען גוט פארשטיין די אויבנדערמאנטע פסוקים‪ ,‬ווייל קודם זאגט אונז‬ ‫די תורה 'ושמחת בחגך'‪ ,‬דאס הייסט בפשטות אז מיר זאלן זיין בשמחה מיט די גוטס‬ ‫וואס מיר האבן שוין באקומען פון השי"ת‪ .‬אבער דאך פעלט נאך אויס אויך די בחינה‬ ‫פון 'ששון'‪ ,‬ווייל ליידער האבן מיר נאכנישט זוכה געווען צו די גאולה שלימה‪ .‬אויף‬ ‫דעם זאגט די תורה אז בזכות וואס 'שבעת ימים תחוג'‪ ,‬מיר וועלן היטן דעם הייליגן‬ ‫יום טוב סוכות ווי עס דארף צו זיין‪ ,‬וועלן מיר זוכה זיין 'והיית אך שמח'‪ ,‬אז מיר וועלן‬ ‫זוכה זיין צו די גאולה שלימה‪ ,‬וואס דעמאלטס וועט זיין 'נאר שמחה' ("אך שמח")‪ ,‬און‬ ‫עס וועט מער נישט אויספעלן קיין 'ששון'‪ ,‬במהרה בימינו אמןי‪.‬‬ ‫י בני יששכר‪ ,‬מאמר צלא דמהימנותא (אות כ"ג)‪ :‬שבעת ימים תחוג לפני וכו' כי יברכך י"י‬ ‫אלקיך בכל תבואתך ובכל מעשה ידיך והיית אך שמח (דברים טז טו)‪ .‬הנה כבר אמר ושמחת‬ ‫בחגך ושוב למה אמר והיית אך שמח (וכבר דרשו בו רבותינו (פסחים עא‪ ).‬ולפי הפשט לא נדע)‪ ,‬וגם אכין‬ ‫ורקין מעוטין ומה בא למעט‪ ,‬והנראה על פי מ"ש לעיל (אות כ"ב) בענין ששון ושמחה‪ ,‬שהששון‬ ‫היא הקיווי אשר אנחנו מקוים אשר הש"י יהיה בעזרינו ובישועתנו‪ ,‬והשמחה היא על הישועה‬ ‫שכבר באה‪ ,‬והנה כעת בזמן שמחתינו הגם שהשמחה היא על הטובה שכבר באה שהש"י‬ ‫מחל לנו ביום הכפורים על כל עונותינו ופרס סוכת שלום עלינו‪ ,‬וכן ג"כ שהוא זמן האסיף‬ ‫כפשוטו וכמדרשו כנ"ל‪ ,‬עכ"ז מחוייבין אנחנו גם כן להתנהג בששון אל הישועה המקווה לנו‬ ‫במהרה עת אשר נבוא לציון ברנה ושמחת עולם על ראשינו‪ ,‬על כן בשמחת השואבה שמשם‬ ‫שואבין רוח הקדש (ירושלמי סוכה פ"ה ה"א) נאמר ושאבתם מים בששון (ישעיה יב ג)‪ ,‬כי מחוייבין גם‬ ‫כן בששון כי עדיין לא נגמר שמחת עולם עד אשר יבוא יום המקווה לי"י ותהיה שמחה שלימה‬ ‫היינו שמחה לא ששון‪ ,‬וז"ש ואמר ביום ההוא וכו' זה י"י קוינו (ונגמר לנו המקווה)‪ ,‬על כן נגילה‬ ‫ונשמחה בישועתו (שם כה ט)‪ ,‬וזה שיש לפרש בתורתינו ושמחת בחגך וכו' כמו"ש לעיל‪ ,‬שבעת‬ ‫‪ -‬יט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬יא ‪-‬‬ ‫סוכות ווערט נתגלה אז דער אויבערשטער פאררופט זיין נאמען‬ ‫אויף אונז‪ ,‬און דורכדעם זענען מיר באשיצט פון אלעם שלעכטס‬ ‫יכם ִּּכי ַב ֻּּס ּכוֹ ת הוֹ ַש ְב ִּּתי ֶאת ְּבנֵ י יִּ ְש ָר ֵאל‬ ‫ְל ַמ ַען יֵ ְדע ּו דֹר ֵֹת ֶ‬ ‫יאי אוֹ ָתם ֵמ ֶא ֶרץ ִּמ ְצ ָריִּ ם (ויקרא כג‪ ,‬מג)‬ ‫ְּבהוֹ ִּצ ִּ‬ ‫[איר זאלט זיצן אין סוכה] כדי אייערע דורות זאלן וויסן‪ ,‬אז איך האב אריינגעזעצט‬ ‫כלל ישראל אין סוכות‪ ,‬ווען איך האב זיי ארויסגעצויגן פון לאנד מצרים‬ ‫דער הייליגער שפת אמת זי"ע זאגט‪ :‬די טיפע כוונה פון דעם פסוק איז‪ ,‬אז ווען די‬ ‫אידן זענען ארויס פון מצרים האבן זיי זוכה געווען‪ ,‬אז דער אויבערשטער האט‬ ‫ארויפגעלייגט זיין נאמען אויף זיי‪ ,‬אז ער ווערט אנגערופן 'דער באשעפער פון כלל‬ ‫ישראל'‪ ,‬און אט דאס – אז דער אויבערשטער פאררופט זיך אויף אונז – דאס איז אויך‬ ‫די פנימיות פון 'מצות סוכה'‪ ,‬ווייל דורכדעם ווערן מיר באשיצט פון אלעם בייזן‪ ,‬פונקט‬ ‫ווי א סוכה וואס באשיצט פון רעגן און פון די זון‪ .‬און אט דאס דינט ווי א קלייד פאר‬ ‫יעדן איד‪ .‬דעריבער זאגט דער פסוק אז דער טעם פון סוכה איז א זכר צו 'יציאת‬ ‫מצרים'‪ ,‬ווייל דורך סוכה זענען מיר מקבל דעם ליכטיגקייט צו וואס מיר האבן זוכה‬ ‫געווען ביי יציאת מצרים – אז דער אויבערשטער פאררופט זיין נאמען אויף אונז‪.‬‬ ‫ימים תחוג וכו' כי יברכך י"י אלקיך בכל תבואתך ובכל וכו' הנה שמחה היא אבל צריכין‬ ‫אנחנו כעת ג"כ לששון בבטחונינו על יום המקווה כי עדיין לא השגנו שלימותינו‪ ,‬והנה‬ ‫הבטיחנו יוצרינו כאשר שבעת ימים תחוג וכו'‪ ,‬אזי והיית אך שמח‪ ,‬תזכה לזמן המקווה אשר‬ ‫לא תצטרך אז לששון רק לשמחה‪ ,‬כי יושלם מאווייך ותאמר זה י"י קוינו לו נגילה ונשמחה‬ ‫בישועתו‪.‬‬ ‫‪-‬כ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אום ראש השנה האבן מיר מקבל געווען א פרישער חיות פונעם לעבעדיגן באשעפער‪,‬‬ ‫און יעדעס מאל ווען א מענטש באקומט פון אויבן א נייע השפעה פון ליכטיגקייט‪,‬‬ ‫דארף ער האבן א 'קלייד' דאס צו קענען מקבל זיין‪ ,‬און ער זאל זיך קענען אנקליידן‬ ‫דערמיט‪ ,‬און אט דער 'מלבוש' באקומען מיר אום סוכותיא‪.‬‬ ‫‪ -‬יב ‪-‬‬ ‫אום סוכות זענען מיר זוכה צו באקומען טיילווייז דעם 'דעת' פונעם 'דור המדבר'‬ ‫יכם ִּּכי ַב ֻּּס ּכוֹ ת הוֹ ַש ְב ִּּתי‬ ‫ַּב ֻּּס ּכֹת ֵּת ְשב ּו ִּש ְב ַעת יָ ִּמים‪ְ ...‬ל ַמ ַען יֵ ְדע ּו דֹר ֵֹת ֶ‬ ‫יאי אוֹ ָתם ֵמ ֶא ֶרץ ִּמ ְצ ָריִּ ם (ויקרא כג‪ ,‬מב‪-‬מג)‬ ‫ֶאת ְּבנֵ י יִּ ְש ָר ֵאל ְּבהוֹ ִּצ ִּ‬ ‫איר זאלט זיצן אין סוכות זיבן טעג‪ ...‬כדי אייערע דורות זאלן וויסן‪ ,‬אז איך האב‬ ‫אריינגעזעצט די אידן אין סוכות‪ ,‬ווען איך האב זיי ארויסגעצויגן פון מצרים‬ ‫הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע שטעלט זיך‪ ,‬אז לכאורה דארף מען פארשטיין‪,‬‬ ‫פארוואס דער פסוק הייבט אן מיט א לשון 'נוכח' [ווי ער רעדט צו די אידן]‪" :‬בסוכות‬ ‫תשבו"‪ ,‬און ער איז ממשיך "למען ידעו דורותיכם" מיט א לשון 'נסתר' [ווי ער רעדט‬ ‫איבער די אידן]?‬ ‫יא וזל"ק (שפת אמת‪ ,‬סוכות‪ ,‬תרל"ח)‪ :‬למען ידעו כו' כי בסוכות הושבתי כו' בהוציאי אותם מארץ‬ ‫מצרים (ויקרא כג מג)‪ .‬דכתיב (במדבר טו מא) אני ה' אלקיכם אשר הוצאתי כו' להיות לכם לאלקים‬ ‫כו'‪ ,‬וזה עצמו שחל שמו יתברך על בני ישראל להיות נקרא אלקי ישראל הוא ההגנה והסוכה‪.‬‬ ‫והרמז לדבר כי אוהל הוא שם אלוה והוא המלבוש שיש לכל איש ישראל‪ .‬ובראש השנה‬ ‫שמתחדש החיות מחי החיים וכל נקודה עליונה צריכה מלבוש להתלבש בו וזהו הלבוש ניתן‬ ‫בחג הסוכות ועל זה נאמר פורס סוכת שלום וכו' כי השלימות צריך להיות בעזר אלוקי כי‬ ‫השלום שלו‪ .‬ה' עוז לעמו יתן (תהלים כט יא) הוא נקודה הפנימיות אחר כך יברך את עמו בשלום‪,‬‬ ‫הוא ה'מלבוש' והגנה הנ"ל‪.‬‬ ‫‪ -‬כא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫נאר דער אמת איז‪ ,‬אז דער הייליגער דור המדבר‪ ,‬האבן זוכה געווען צו פארשטיין און‬ ‫באגרייפן‪ ,‬אז דער אויבערשטער פירט זיי מיט א וואונדערליכע השגחה‪ ,‬און זיי האבן‬ ‫געשפירט בחוש וווי דער אויבערשטער געבט אכטונג אויף זיי‪ ,‬און דורכדעם האבן זיי‬ ‫געשפירט א דביקות צום אויבערשטן‪ ,‬דעריבער האט נישט אויסגעפעלט קיין שום‬ ‫זאך וואס זאל זיי דערמאנען פונעם אויבערשטן‪ ,‬און אריינברענגען אין זיי דעם 'דעת'‬ ‫צו וויסן פון באשעפער און גלייבן אין אים‪.‬‬ ‫אבער די פראבלעם איז געווען נאכדעם וואס דער 'דור דעה' וועט אוועקגיין‪ ,‬וויאזוי‬ ‫וועלן די קומענדיגע דורות קענען האבן א השגה און א געפיל אינעם אויבערשטן?‬ ‫נאר ס'איז נאך איבערגעבליבן עפעס א צייכן און א רושם פון דעם הייליגן 'דעת'‬ ‫פונעם דור המדבר‪ ,‬און דורכדעם קענען מיר אויך זוכה זיין משיג צו זיין דעם 'דעת'‪,‬‬ ‫אין דער צייט וואס מיר זענען מקיים די מצוה פון סוכה‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪" :‬בסוכות תשבו" – איר [דער 'דור המדבר'] זאלט‬ ‫זיצן אין סוכה‪" ,‬למען ידעו דורותיכם" – כדי דורכדעם זאלן אייערע שפעטערע‬ ‫דורות זוכה זיין אויך צו קענען האבן עפעס א 'ידיעה און א השגה אינעם אויבערשטן‪,‬‬ ‫ווען זיי וועלן מקיים זיין די מצוה פון סוכה‪ ,‬דורך די צייכן וואס וועט איבערבלייבן פון‬ ‫אייך‪.‬‬ ‫וויבאלד אין סוכות איז דער צייט וואס מיר זענען זוכה צו א 'דעת' אינעם אויבערשטן‪,‬‬ ‫דעריבער איז דאס 'זמן שמחתינו'‪ ,‬ווייל מיר פרייען זיך מיט דעם וואס מיר זענען‬ ‫באהאפטן און דבוק אין השי"תיב‪.‬‬ ‫יב וזל"ק (תורת אמת‪ ,‬הו"ר תר"מ)‪ :‬לכאורה מן הפסוק בסוכות תשבו שבעת ימים למען ידעו‬ ‫דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל נראה שגם מצוה זו הוא רק לזכר התחדשות‬ ‫‪ -‬כב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬יג ‪-‬‬ ‫סוכות באקומט מען א ליכטיגקייט פון הייליגע 'דעת'‬ ‫דער הייליגער שפת אמת זי"ע זאגט‪ :‬אום יום טוב סוכות באקומט יעדער איד א‬ ‫ליכטיגקייט פון דעת‪ ,‬ווי דער פסוק זאגט (ויקרא כג‪ ,‬מג)‪" :‬למען ידעו" [דער טעם פון‬ ‫די מצוה פון סוכה איז כדי מען זאל וויסן]‪.‬‬ ‫די גאנצע יאר שטייט און עקזיסטירט אויף די דריי ימים טובים‪ ,‬און סוכות איז די‬ ‫לעצטע פון די דריי (זע ראש השנה ד‪ ,).‬דעריבער איז מען זוכה אום סוכות צו מקבל זיין‬ ‫א צעטראלער 'דעת' אויף א גאנץ יאר‪.‬‬ ‫און דורכדעם וואס מיר זענען מקיים די מצוה פון די ד' מינים‪ ,‬זענען מיר זוכה‬ ‫אריינצונעמען די השפעה פון 'דעת'‪ ,‬טיף אין אונזערע הערצעריג‪.‬‬ ‫הארה הראשונה כמו זכר היציאת מצרים בפסח‪ ,‬אמנם בהעמיק עוד בפסוק זה לא יובן‪ ,‬באם‬ ‫המצוה הוא לזכר ההארה הראשונה היה נצרך לכתוב למען תדעו בנוכח כי בסוכות הושבתי‬ ‫כהתחלת הפסוק בסוכות תשבו רק באמת שאותו דור המדבר היה מבורר להם כל התנהגותם‬ ‫מן השם יתברך בחוש ולזה נקראו דור דעה כי דעת הוא לשון הכרה בעצם ולשון חיבור שהיה‬ ‫להם חיבור אל השם יתברך מצד ההכרה‪ ,‬אבל אחר עבור הדור הזה מאין יהיה להם הכרה זו‬ ‫רק עכ"פ נשאר הרשימה מהדעת של דור המדבר שנוכל גם אנחנו להשיגו בעת שנקיים‬ ‫המצות סוכה בצווי הש"י וזהו בסוכות תשבו וגו' מפני שנעשה רשימה לדורות בעת שבסוכות‬ ‫הושבתי את בנ"י למען ידעו דורותיכם שיזכו הדורות הבאים לבחינת הדעת והכרה זו בעת‬ ‫שיקיימו מצות סוכה ולכן הוא זמן שמחתינו וכדאיתא בזוה"ק כמה דנטיל קוב"ה לישראל וחדי‬ ‫בהון כך ישראל נטלי ליה לקוב"ה וחדאן ביה (שהוא בחינת האחדות והחיבור של בחינת הדעת כנ"ל)‪.‬‬ ‫יג וזל"ק (שפת אמת‪ ,‬סוכות‪ ,‬שנת תרל"ד‪ ,‬ד"ה ולקחתם)‪ :‬ובסוכות ניתן הדעת לכל איש ישראל כדכתיב‬ ‫למען ידעו כו'‪ .‬וכן נראה כי הדעת של כל השנה בא בחג הסוכות שהוא רגל האחרון מהג'‬ ‫‪ -‬כג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬יד ‪-‬‬ ‫א שמחה וואס קומט פון ריינקייט‬ ‫דער הייליגער שפת אמת זי"ע זאגט‪ :‬סוכות איז 'זמן שמחתינו'‪ .‬דער טעם דערפון‬ ‫איז‪ ,‬ווייל נאר ווען א מענטש איז ריין פון שלעכטס קען ער זיין אמת'דיג בשמחה‪ ,‬ווי‬ ‫דער פסוק זאגט (תהילים צז‪ ,‬יא)‪" :‬ולישרי לב שמחה"‪ .‬דעריבער‪ ,‬וויבאלד אידן זענען‬ ‫געווארן ריין פון עבירות אין די הייליגע טעג פון ראש השנה און יום כיפור‪ ,‬און אונזערע‬ ‫הערצער זענען געווארן אויסגעגליכן צום אויבערשטן‪ ,‬צוליב דעם ווערט נתעורר אין‬ ‫אונז א געוואלדיגע שמחהיד‪.‬‬ ‫‪ -‬טו ‪-‬‬ ‫אום סוכות גרייט מען אן א שמחה אויף א גאנץ יאר!‬ ‫דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע שרייבט סוכות איז 'זמן שמחתינו'‪ .‬מיין טאטע זי"ע‬ ‫(הרה"ק רבי מאטעלע טשערנאבלער זי"ע) האט געזאגט‪ ,‬אז דאס ווארט 'זמן' איז א לשון פון‬ ‫'אנגרייטן' [הזמנה]‪ .‬לויט דעם איז די כוונה פון 'זמן שמחתינו'‪ ,‬אז דורך די מצוות פון‬ ‫רגלים שכל השנה עומדת עליהם ומצות סוכה היא מעצמה ומיני הלולב היא הקבלה שבני‬ ‫ישראל מקבלין ומביאין הדעת לעומק לבבם כנ"ל‪.‬‬ ‫יד וזל"ק (שפת אמת‪ ,‬סוכות‪ ,‬תרל"ח)‪ :‬זמן שמחתינו‪ .‬דכתיב (תהלים צז יא) לישרי לב שמחה‪ ,‬לכן אחר‬ ‫ראש השנה ויום הכיפורים שנעשין בני ישראל ישרי לב דכתיב (קהלת ז כט) האלקים עשה את‬ ‫האדם ישר ורק על ידי לכלוך העונות חשבונות רבים ולכן אחר ימי הטהרה מתעורר‬ ‫השמחה‪.‬‬ ‫‪ -‬כד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫סוכה וואס מיר זענען מקיים‪ ,‬גרייטן מיר אן א כח פון שמחה אויף א גאנץ יאר‪ ,‬א מיר‬ ‫זאלן זיך אלעמאל קענען פרייען מיטן אויבערשטןטו‪.‬‬ ‫‪ -‬טז ‪-‬‬ ‫זיך נישט דארפן שעמען אויף יענער וועלט!‬ ‫יְ ִּהי לִּ ִּּבי ָת ִּמים ְּב ֻּח ֶּק ָ‬ ‫יך לְ ַמ ַען לֹא ֵאבוֹ ש (תהילים קיט‪ ,‬פ)‬ ‫[דוד המלך איז מתפלל‪ ]:‬מיין הארץ זאל זיין גאנץ‬ ‫מיט דיינע מצוות‪ ,‬כדי איך זאל זיך נישט שעמען‬ ‫דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע ערקלערט‪ :‬כאטש וואס א מענטש האט אן‬ ‫אייגענע בחירה‪ ,‬און ער דארף אליין מכניע זיין דעם יצר הרע‪ ,‬פארט דארף ער אבער‬ ‫אויך מתפלל זיין‪ ,‬אז דער אויבערשטער זאל אים העלפן‪ ,‬אז ער זאל זוכה זיין צו טון‬ ‫די מצוות מיט א 'תמימות' און א ריינע כוונה‪ָ ,‬אן קיין שום זייטיגע פניות‪ ,‬אזויווי דוד‬ ‫המלך האט מתפלל געווען‪" :‬יהי לבי תמים בחוקיך"‪.‬‬ ‫אויב א מענטש האט חלילה אינזין פרעמדע כוונות בשעת'ן מקיים זיין די מצוות‪ ,‬דאן‬ ‫ווען ער וועט ארויפקומען אויף יענער וועלט‪ ,‬וועט ער זיך גאר שטארק שעמען אויף‬ ‫זיין נארישע כוונה‪ .‬דעריבער זאגט דוד המלך‪" :‬יהי לבי תמים בחוקיך" – מיין הארץ‬ ‫זאל זיין גאנץ בשעת'ן מקיים זיין די מצוות‪" ,‬למען לא אבוש" – דורכדעם וועל איך‬ ‫זיך נישט שעמען אויף יענער וועלט‪.‬‬ ‫טו וזל"ק (מגן אברהם‪ ,‬סוכות‪ ,‬ד"ה וישת)‪ :‬סכות הוא זמן שמחתינו וזמן אמר אאמו"ר זצוקללה"ה‬ ‫שהוא לשון הכנה מלשון (ביצה י‪ ):‬זימן שחורים ומצא לבנים היינו שמצות סוכה שאנחנו‬ ‫מקיימים בשבעה ימי החג הוא הכנה להמשיך שמחה על כל השנה כולה‪.‬‬ ‫‪ -‬כה ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אויף דעם ענין ווערט געברענגט א מעשה אין ספר רב ייבא‪ ,‬אז איינער וואס איז שוין‬ ‫נפטר געווארן איז געקומען צו זיין חבר אין חלום‪ ,‬און ער האט אים דערציילט‪ ,‬אז ער‬ ‫שעמט זיך גאר שטארק‪ ,‬און זיין פנים פלאמט פאר בושה‪ ,‬ווען דער מלאך רופט אויס‬ ‫זיינע מחשבות‪ ,‬וואס ער האט אינזין געהאט בשעת'ן מקיים זיין די מצוות אויף דער‬ ‫וועלט‪ ,‬און אלע צדיקים אנטלויפן פון גן עדן ווען זיי הערן זיינע שלעכטע כוונות‪.‬‬ ‫דעריבער דארף א מענטש מתפלל זיין‪ ,‬אז ער זאל זיך נישט דארפן שעמען אויף יענער‬ ‫וועלטטז‪.‬‬ ‫‪ -‬יז ‪-‬‬ ‫השי"ת בכבודו ובעצמו העלפט אונז!‬ ‫הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט געזאגט‪ :‬עס שטייט אין פסוק‬ ‫'אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בה"‪ ,‬וואויל איז אונז אז השי"ת בכבודו ובעצמו‬ ‫העלפט אונז! נישט דורך א מלאך און נישט דרך א שרף נאר השי"ת אליינס קומט‬ ‫טז וזל"ק (תפארת שלמה‪ ,‬סוכות)‪ :‬יהי לבי תמים בחוקיך למען לא אבוש‪ .‬ובמד"ר שבקש דוד המלך‬ ‫ע"ה אף בשעת עשיית המצוות יהי' לבי תמים כי אע"פ שלכך נברא היצה"ר לבעבור תהי'‬ ‫הבחירה ביד האדם בכל זה צריך להתפלל שיעשה המצות בתמימות בלי שום פני' חיצונית‬ ‫למען לא אבוש כי באמת אם האדם עושה המצוה לשום כוונה חיצונית חלילה אז אח"כ‬ ‫בעולם העליון הוא מתבייש מאד על סכלותו אשר לא טוב עשה וכמעשה המובא בס' ר' ייבא‬ ‫באחד שהגיד לחבירו בחלום איך שהוא מתבייש וחרפה תכסה פניו בהכריז עליו המלאך‬ ‫כוונת המצות אשר עשה בעולם הזה וכל הצדיקים ינוסו לקולם מג"ע בשמעם אוולתו ופגמו‬ ‫ולכך צריך האדם להתפלל שלא יבוש בעה"ב וזהו אחת שאלתי מאת ד' אותה אבקש שבתי‬ ‫בבית ד' כל ימי חיי פי' כל ימי חיי יעלו לפני ד'‪ .‬לחזות בנועם ד'‪ .‬פי' שאוכל לחזות ולהתראות‬ ‫לפני ד' ולא אבוש‪.‬‬ ‫‪ -‬כו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אונז העלפן! השי"ת האט אונז געהאלפן‪ ,‬און ער העלפט אונז‪ ,‬און ער וועט אונז‬ ‫ווייטער העלפן!‬ ‫דורך די הייליגע מצות וואס א מענטש טוט‪ ,‬האט ער כביכול השי"ת ביי זיך ממש‪.‬‬ ‫און מכל שכן יעצט אין די הייליגע טעג פון סוכות וואס מיר זענען אינגאנצן‬ ‫ארומגענומען מיט מצות‪ ,‬און מיר האבן זוכה געווען צו א גרינגע תשובה‪ ,‬א תשובה‬ ‫מאהבה‪ ,‬ווייל יעדער איד האט דאך ליב השי"ת‪ ,‬און יעדע השתוקקות וואס א איד‬ ‫האט‪ ,‬קומט דאך פון אהבת ה'‪.‬‬ ‫רביה"ק מברסלב זי"ע איז מבאר דעם ענין פון תשובה מאהבה אין ליקוטי מוהר"ן‬ ‫(סי' נח)‪ ,‬און ער זאגט דארט‪ ,‬אז תשובה מאהבה ברענגט א גרויסע שפע‪ ,‬ווייל תשובה‬ ‫מאהבה איז בבחינת 'שבת קודש'‪ ,‬וואס אויף דעם שטייט 'רק שבת"ו יתן ורפא ירפא'‪,‬‬ ‫אז מען איז זוכה דורכדעם צו רפואת הנפש און רפואת הגוף‪ ,‬און צו אלע מיני ישועות‬ ‫ברוחניות ובגשמיות‪.‬‬ ‫זאל השי"ת העלפן 'והשיאנו ה' אלקינו את ברכת מועדיך לחיים ולשלום לשמחה‬ ‫ולששון'‪ ,‬און מיר זאלן געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות ברוחניות ובגשמיות‪ ,‬און מיר‬ ‫זאל זיין נאנט צו השי"ת‪ ,‬און אים דינען געזונטערהייט און פרייליכערהייט‪ ,‬מיט א‬ ‫הרחבה פון שפע גשמי ורוחני‪ ,‬אונז און אלע אידישע קינדער‪ ,‬אמןיז‪.‬‬ ‫יז אוסף אמרים לימים נוראים וסוכות (עמ' קצ"ד)‪ :‬אשריך ישראל מי כמוך עם נושע בה'‪,‬‬ ‫השי"ת בכבודו ובעצמו מסייענו‪ ,‬לא על ידי מלאך ולא על ידי שרף אלא השי"ת בעצמו בא‬ ‫לעזור לנו‪ ,‬השי"ת עזר ועוזר ויעזור‪ ,‬ובכח המצוות יש לאדם את השי"ת אצלו‪ ,‬וכל שכן עכשיו‬ ‫שאנו מוקפים במצוות וזכינו לתשובה קלה‪ ,‬לתשובה מאהבה‪ ,‬שהרי כל אחד מישראל אוהב‬ ‫את השי"ת‪ ,‬כל השתוקקות הוא אהבת השי"ת‪ .‬בתורה נ"ח שם מבאר רבינו תשובה מאהבה‪,‬‬ ‫‪ -‬כז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫קדושת הסוכה‬ ‫‪ -‬יח ‪-‬‬ ‫די סוכה פארמאגט טיילווייז די קדושה פונעם בית המקדש!!‬ ‫ִּּכי יִּ ְצ ּ ְפנֵ נִּ י ְּב ֻּס ּכֹה ְּביוֹ ם ָר ָעה יַ ְס ִּּת ֵרנִּ י ְּב ֵס ֶתר ָא ֳהלוֹ ְּבצ ּור יְ רוֹ ְמ ֵמנִּ י (תהילים כז‪ ,‬ה)‬ ‫ווייל דער אויבערשטער וועט מיר באהאלטן אין זיין סוכה אין א שלעכטן טאג‬ ‫[ווען מיינע פיינט ווילן זיך שטארקן אויף מיר]‪ ,‬ער וועט מיר באהאלטן אין די‬ ‫באהעלטעניש פון זיין געצעלט‪ ,‬ער וועט מיר דערהייבן אויף א פעלזן שטיין‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע זאגט‪ :‬מ'קען ערקלערן‪ ,‬אז דער פסוק גייט ארויף אויף‬ ‫די מצוה פון סוכה‪ ,‬ווייל די סוכה איז באמת א טיילווייזע קדושה פון דעם בית המקדש‪,‬‬ ‫נאר דאס איז באהאלטן‪ ,‬און דאס איז נישט אזוי אויפגעדעקט‪ ,‬מ'קען דאס נישט זען‬ ‫אזוי אפן ווי אין בית המקדש‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪" :‬יסתירני בסתר אהלו" – כאטש וואס דער‬ ‫אויבערשטער באהאלט מיר טאקע אין די סוכה‪ ,‬וואס דאס איז ענליך צו די קדושה‬ ‫פון דעם בית המקדש‪ ,‬פארט בעטן מיר אבער‪ ,‬און מיר זענען מתפלל‪" :‬בצור‬ ‫ירוממני" – אז מיר זאלן זוכה זיין צו די קדושה פונעם בית המקדש אליין‪ ,‬וואס דאן‬ ‫אומר רבינו שתשובה מאהבה משפיעה שפע רב‪ ,‬כי תשובה מאהבה היא בחי' שבת קודש‪,‬‬ ‫שעליו נאמר רק שבתו יתן ורפא ירפא‪ ,‬רפואת הנפש ורפואת הגוף‪ ,‬כל הישועות ברוחניות‬ ‫ובגשמיות‪ .‬השי"ת יעזור‪ ,‬והשיאנו ה' אלקינו את ברכת מועדיך לחיים ולשלום לשמחה‬ ‫ולששון‪ ,‬שנוושע בכל הישועות ברו"ג ושנהיה קרובים אליו יתברך‪ ,‬ושנעבדו בבריאות‬ ‫ובשמחה בהרחבה ובשפע גשמי ורוחני‪ ,‬אנו וכל עמו בית ישראל‪.‬‬ ‫‪ -‬כח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫וועט זיין דערהויבן און אפן די קדושה פון די שכינה‪ ,‬דער אויבערשטער זאל העלפן‪,‬‬ ‫אז מיר זאלן בקרוב זוכה זיין דערצויח‪.‬‬ ‫‪ -‬יט ‪-‬‬ ‫נישט רעדן קיין דברים בטלים אין די סוכה‬ ‫דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט געזאגט‪ ,‬אז מען דארף פרובירן צו רעדן ווי‬ ‫ווייניגער פראסטע ווערטער אין די הייליגע סוכה‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין פסוק (דברים ד‪ ,‬מב)‪" :‬ונס אל אחת הערים האל וחי‪ ,‬את בצר‬ ‫במדבר"‪ ,‬ווייל דאס ווארט "ונס" איז ראשי תיבות‪ :‬ו'יעקב נ'סע ס'וכותה‪ ,‬דעריבער‬ ‫איז דאס מרמז אויף די סוכה‪ ,‬און דער פסוק פירט אויס‪" :‬את בצר במדבר"‪ ,‬וואס‬ ‫יח וזל"ק (דברי יואל‪ ,‬מוצאי יום כיפור‪ ,‬עמ' שסג‪-‬ד)‪ :‬גם יתבאר המדרש (הובא לעיל) בזאת יבא‬ ‫אהרן הה"ד לדוד ה' אורי וישעי ממי אירא‪ ,‬רבנן פתרין קרא בר"ה ויום הכפורים‬ ‫וכו' אמרו ישראל לפני הקב"ה אם תחנה עלי מחנה של ס"מ לא יירא לבי‪,‬‬ ‫שהבטחתני בזאת יבא אהרן אל הקדש‪ ,‬עכ"ד המדרש‪ ...‬והנה לפי"ד המדרש שדרשו‬ ‫תחלת המזמור על יום הכפורים כנ"ל‪ ,‬אפ"ל דמה שסיים דוד המע"ה אח"כ כי‬ ‫יצפנני בסכה וגו' יסתירני בסתר אהלו זה קאי על חג הסוכות‪ ,‬דאיתא בספה"ק‬ ‫שהסוכה יש בה מעין קדושת המקדש אלא שהוא בהסתר ולא בהתרוממות והתגלות‬ ‫כמו בביהמ"ק‪ ,‬וז"ש יסתירני בסתר אהלו‪ ,‬פי' אף שהקב"ה מסתירני בסוכה שהיא‬ ‫מעין בחי' בית המקדש‪ ,‬מ"מ שאלתנו ובקשתנו שיהי' בצור ירוממני שנזכה לקדושת‬ ‫ביהמ"ק ממש ששם תהי' קדושת השכינה בבחי' התרוממות והתגלות‪ .‬והשי"ת יזכנו‬ ‫לזה בב"א‪.‬‬ ‫‪ -‬כט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫דאס איז מרמז‪ ,‬אז מען דארף פארמינערן ("בצר" איז א לשון פון פארמינערן)‪ ,‬די דיבורים‬ ‫("במדבר") אין די סוכהיט‪.‬‬ ‫‪-‬כ‪-‬‬ ‫פארטרייב נישט די הייליגע אושפיזין פון די סוכה!!!‬ ‫ַּב ֻּּס ּכֹת ֵּת ְשב ּו ִּש ְב ַעת יָ ִּמים ָּכל ָה ֶאזְ ָרח ְּביִּ ְש ָר ֵאל יֵ ְשב ּו ַּב ֻּּס ּכֹת (ויקרא כג‪ ,‬מב)‬ ‫איר זאלט זיצן אין סוכה זיבן טעג‪ ,‬יעדער איד זאל זאל זיצן אין סוכה‬ ‫דער הייליגער מבשר צדק זי"ע (רבי ישכר דוב פון זלאטשוב זי"ע‪ ,‬א תלמיד פון רבי מיכלע פון‬ ‫זלאטשוב זי"ע) שטעלט זיך‪ ,‬פארוואס דער פסוק הייבט אן מיטן דעם אויסדרוק "תשבו"‬ ‫[איר זאלט זיצן]‪ ,‬און ער פירט אויס מיטן אויסדרוק "ישבו" [זיי זאלן זיצן]‪.‬‬ ‫נאר ס'איז באקאנט‪ ,‬אז די הייליגע אושפיזין קומען אין די סוכה‪ ,‬דעריבער דארף מען‬ ‫זיצן אין סוכה מיט א געוואלדיגע יראה און אהבה‪ ,‬און נישט רעדן קיין שום דברים‬ ‫בטלים אין די הייליגע סוכה‪ ,‬כדי די אושפיזין זאלן וועלן בלייבן אין די סוכה און נישט‬ ‫ארויסגיין חלילה פון דארטן‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪" :‬בסוכות תשבו שבעת ימים" – איר זאלט זיצן‬ ‫אין סוכה זיבן טעג‪ ,‬און איר זאלט אכטונג געבן אז "כל האזרח בישראל ישבו‬ ‫בסוכות" – די הייליגע אושפיזין (וואס ווערן אנגערופון 'אזרח') זאלן בלייבן זיצן אין די‬ ‫יט וזל"ק (דברי יחזקאל ד"ה אמר)‪ :‬צריך למעט בדבור של חול בסוכה ומרומז בפסוק (דברים ד' מ"ב)‬ ‫ונס אל אחת הערים האל וחי את בצר במדבר‪ ,‬ונס הוא ר"ת ויעקב נסע סכותה את בצר‬ ‫במדבר שצריך למעט בדבור של חול בסוכה‪.‬‬ ‫‪-‬ל‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫סוכה‪ ,‬און זאלן נישט מוזן ארויסגיין פון דארט‪ ,‬נאר זיי זאלן זיך אויפהאלטן מיט דיר‬ ‫אינאיינעםכ‪.‬‬ ‫ד' מינים‬ ‫‪ -‬כא ‪-‬‬ ‫גלייבן מיט 'אמונה' איז פיל חשוב'ער ווי משיג זיין מיט 'חכמה' און שכל‬ ‫אויפן פסוק (ויקרא כג‪ ,‬מ)‪' :‬ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר וכפות תמרים‬ ‫וענף עץ עבות וערבי נחל' [‪-‬איר זאלט נעמען אינעם ערשטן טאג סוכות‪ ,‬אן אתרוג‪,‬‬ ‫א לולב‪ ,‬הדסים‪ ,‬און ערבות]‪ ,‬ברענגט דער מדרש (ויק"ר ל‪ ,‬ב) דעם פסוק (תהלים טו‪,‬‬ ‫יא)‪" :‬תודיענו אורח חיים שובע שמחות את פניך נעימות בימינך נצח" [‪-‬דו וועסט‬ ‫מיר לאזן וויסן דעם וועג פון לעבן‪ ,‬און דו וועסט מיר אנזעטיגן מיט שמחה‪ ,‬און דורך‬ ‫דיין רעכטע האנט וועל איך זוכה זיין צו אייביגע זיסקייט]‪ .‬מען דארף פארשטיין וואס‬ ‫איז די שייכות פון דעם פסוק צו דעם ענין פון די ד' מינים‪.‬‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז דאס מבאר‪ ,‬לויט דעם וואס עס שטייט דארט אין‬ ‫מדרש (אות ט"ו‪ ,‬ובמפרשים)‪ ,‬אז דאס וואס חכמינו ז"ל האבן געזאגט אז 'פרי עץ הדר'‬ ‫כ וזל"ק (מבשר צדק פ' אמור ד"ה בסכת)‪ :‬בסכת תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסוכות‪.‬‬ ‫הדקדוק מה שבתחילה כתיב תשבו אחר כך ישבו‪ ,‬אך נראה דידוע דאושפיזין עילאין הם‬ ‫שבעה וצריכין לישב בסוכה בדחילו ורחימו ולא לדבר שום דבר בטל בסוכה כדי שיתעכבו‬ ‫האושפיזין בסוכה כי אם לא כן יצאו ממנה‪ .‬וזהו בסוכות תשבו ז' ימים בכוונה זו שכל האזרח‬ ‫בישראל היינו האושפיזין עילאין נקראים אזרח ישבו בסוכות שלא יצאו רק יתעכבו וישבו‬ ‫עמך וכנ"ל‪.‬‬ ‫‪ -‬לא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫מיינט א אתרוג‪ ,‬און 'כפות תמרים' מיינט א לולב‪ ,‬און 'ענף עץ עבות' מיינט הדסים‪,‬‬ ‫און 'ערבי נחל' מיינט ערבות‪ ,‬דאס האבן זיי נישט אליינס משיג געווען פון דער‬ ‫פסוקים‪ ,‬ווייל אפילו שלמה המלך מיט זיין חכמה האט דאס נישט געקענט משיג זיין‪,‬‬ ‫נאר זיי האבן געהאט א קבלה און א מסורה פון די פריערדיגע דורות אז דער פסוק‬ ‫רעדט פון די דאזיגע פיר מינים‪.‬‬ ‫עס ווערט מבואר אין ספה"ק בני יששכר (מאמר ד' אות יט)‪ ,‬אז ווען א מענטש גלייבט‬ ‫אין די תורה מיט 'אמונה'‪ ,‬איז דאס פיל א גרעסערע מדריגה ווי ווען ער איז דאס משיג‬ ‫מיט זיין 'חכמה' און שכל‪ .‬דאס הייסט אז מיט 'אמונה' קען מען מער משיג זיין ווי מיט‬ ‫'חכמה'‪ ,‬ווייל זאך וואס א מענטש גלייבט עס מיט אמונה‪ ,‬מיינט דאך אז ער האט‬ ‫דאס נישט געקענט משיג זיין אליינס דורך זיין חכמה‪ ,‬ווייל אויב האט ער דאס יא‬ ‫משיג געווען מיט זיין חכמה‪ ,‬קען דאס שוין מער נישט גערופן ווערן 'אמונה'‪ ,‬ווייל ער‬ ‫דארף דאס שוין מער נישט 'גלייבן'‪ ,‬וויבאלד ער 'ווייסט' דאס שוין דורך זיין חכמה‪.‬‬ ‫דער בני יששכר לייגט צו א שטארקע נקודה‪ :‬א מענטש וואס גלייבט נאר דאס וואס‬ ‫ער איז משיג מיט זיין 'חכמה'‪ ,‬איז דאס אזויווי ער גיבט צוריק די פקדון פאר השי"ת‪,‬‬ ‫ווייל השי"ת האט אים דאך געגעבן די חכמה‪ ,‬און יעצט גיבט ער דאס צוריק פאר‬ ‫השי"ת‪ .‬אבער א מענטש וואס גלייבט מיט 'אמונה'‪ ,‬קומט דאך אויס אז ער גיבט‬ ‫צוריק פאר השי"ת מער ווי די פקדון וואס השי"ת האט אים געגעבן‪ .‬און ממילא 'מדה‬ ‫כנגד מדה' קומט זיך אים אז השי"ת זאל אים צוגעבן אריכות ימים ושנים‪ ,‬ווייל די‬ ‫נשמה זיינע איז דאך אויך א פקדון וואס ער דארף צוריקגעבן פאר השי"ת‪ ,‬און וויבאלד‬ ‫ער גיבט צוריק פאר השי"ת מער ווי די פקדון‪ ,‬קומט זיך אים אז מען זאל אים אויך‬ ‫מוסיף זיין נאך לעבן‪ ,‬אפילו אין דער צייט וואס ער דארף שוין באמת צוריקגעבן זיין‬ ‫פקדון‪.‬‬ ‫‪ -‬לב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫נאך א גרויסע מעלה האט די השגה פון 'אמונה' מער ווי די השגה פון 'חכמה'‪ ,‬ווייל‬ ‫אלעס וואס א מענטש איז משיג דורך זייך שכל און חכמה‪ ,‬בלייבט צום סוף איבער‬ ‫א קליינע ספק ביי אים אין הארץ אין די ריכטיגקייט פון די זאך‪ ,‬ווייל אפשר האט ער‬ ‫נישט גענצליך משיג געווען די טיפקייט פונעם ענין‪ .‬אבער א זאך וואס מען גלייבט‬ ‫מיט 'אמונה' איז דאך קלאר ווי די טאג‪ ,‬און עס בלייבט נישט איבער ביי דעם קיין‬ ‫שום ספיקות‪ .‬און עס איז באקאנט דאס וואס די רמב"ם שרייבט‪' :‬אין שמחה כהתרת‬ ‫הספיקות'‪ ,‬קומט אויס אז 'אמונה פשוטה' ברענגט שמחה פארן מענטש‪ ,‬ווייל דורך‬ ‫די אמונה בלייבט ער נישט מיט קיין ספיקות‪.‬‬ ‫א דריטע מעלה איז דא ביי 'אמונה'‪ ,‬אז א זאך וואס מען האט משיג געווען מיט‬ ‫חכמה האט נישט קיין קיום‪ ,‬וויבאלד עס קען זיין אז מארגן וועט ער זיך‬ ‫איבערטראכטן‪ ,‬און זיין חכמה וועט אים זאגן אנדערש ווי היינט‪ .‬אבער א זאך וואס‬ ‫מען גלייבט מיט אמונה‪ ,‬דאס טוישט זיך קיינמאל נישט‪ ,‬און עס בלייבט לעולמי עד‬ ‫ולנצח נצחים‪.‬‬ ‫יעצט קען מען שוין גוט פארשטיין די אויבנדערמאנטע מדרש‪ ,‬ווייל דער פסוק פון‬ ‫'ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר וכפות תמרים וענף עץ עבות וערבי נחל'‬ ‫ווייזט דאך אויף די 'אמונה' אין קבלת ומסורת אבות אן צו נוצן די אייגענע חכמה‬ ‫און שכל‪ ,‬ווייל ווען נישט די קבלה וואלטן מיר דאך בכלל נישט געוואוסט דער‬ ‫באדייט פון די אלע מינים (ווי אויבנדערמאנט)‪ .‬ממילא איז זייער גוט וואס דער מדרש‬ ‫ברענגט דערויף דעם פסוק 'תודיעני אורח חיים'‪ ,‬דא איז מרמז א דורך די אמונה איז‬ ‫א מענטש זוכה צו אריכות ימים (ווי דער בני יששכר זאגט)‪ .‬אויך ברענגט די אמונה צו‬ ‫'שובע שמחות את פניך'‪ ,‬אז מען איז זוכה צו די שמחה פון התרת הספיקות‪ .‬און‬ ‫‪ -‬לג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אויך 'נעימות בימינך נצח'‪ ,‬אז די אמונה איז א זאך וואס האט א קיום לעד ולנצח‬ ‫נצחיםכא‪.‬‬ ‫כא וזל"ק (חידושי תורה שנת תשי"ט)‪ :‬ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדרך כפות תמרים וענף‬ ‫עץ עבות וערבי נחל‪ ,‬איתא במדרש הה"ד תודיענו אורח חיים שובע שמחות את פניך נעימות‬ ‫בימינך נצח‪ ,‬וצ"ב‪ .‬ויל"פ על פי מה דאיתא במדרש אחר כל אותו החכמה שכתוב בשלמה‬ ‫יש לו תמיה על ד' מינין הללו‪ ,‬פרי עץ הדר מי יאמר שהוא אתרוג וכו'‪ ,‬וענף עץ עבות מי‬ ‫יאמר שהוא הדס וכו'‪ ,‬ומי פירש לישראל על ד' המינין האלו שהן אתרוג לולב הדס וערבה‪,‬‬ ‫חכמים‪ ,‬שנארמ והמה חכמים מחוכמים‪ .‬ופי ביפ"ת שאין הכוונה שהחכמים פירשו להם‬ ‫בחכמתם‪ ,‬שהרי אפילו שלמה בחכמתו לא השיגם‪ ,‬אלא שפירשו להם ע"י הקבלה שהיתה‬ ‫בידם‪ ,‬והיינו דכתיב והמה חכמים מחוכמים‪ ,‬להורות שאין זה מחכמתם אלא מחוכמים ע"י‬ ‫הקבלה המסורה להם‪ ,‬עכ"ד‪ .‬והנה כתב בבני יששכר (מאמר ה' אות יט) לפרש הכתב וצדיק‬ ‫באמונתו יחיה‪ ,‬כי אמונה הוא דבר שהוא למעלה מן החכמה‪ ,‬דהיינו דבר שאינו מובן בחכמה‪,‬‬ ‫כי אם מובן הענין בחכמה לא נקרא אמונה‪ ,‬כמו שלא נקרא אמונה דבר הנראה בחוש בראות‬ ‫העין‪ ,‬והנה האדם שאינו מאמין רק מה שמשיג בחכמה הרי הוא כמחזיר פקדונו ליוצר‪ ,‬כי‬ ‫הקב"ה יצר את האדם בחכמה ובהשיג איזה דבר בחכמה מחזיר לו פקדונו‪ ,‬ועל כן האדם‬ ‫הזה שמאמין בדברי תורה למעלה מן החכמה בדין הוא שיוסיפו לו חיים‪ ,‬כי גם הנשמה הוא‬ ‫פקדון אצל האדם שצריך להחזירו לבעליו עתה‪ ,‬אבל כיון שהשתדל בדבר שהוא למעלה מן‬ ‫הפקדון מוסיפין לו חיים גם בעת החזרת הפקדון‪ ,‬עכ"ד‪ .‬והנה עוד מעלה יתירה נודעת לנו‬ ‫באמונה זו בלא חקירת השכל‪ ,‬כי בכל דבר שבא על ידי חכמה אי אפשר שלא ישראל איזה‬ ‫ספק בלב האדם‪ ,‬אבל דבר שבא ע"י אמונה פשוטה בלבד לא שייך עוד שום ספק‪ ,‬וכבר נודע‬ ‫מ"ש הרמב"ם אין שמחה כהתרת הספיקות‪ ,‬נמצא שאמונה פשוטה מביא את האדם לידי‬ ‫שמחה אמיתית‪ .‬ועוד בה שלישיה שדבר שבא ע"י השגת השכל אין לה קיום נצחי שהרי‬ ‫אפשר שלאחר זמן יחייב השכל לעשות באופן אחר‪ ,‬אבל דבר הבא ע"י אמונת אומן יתקיים‬ ‫בו לעולמי עולמים‪ .‬ומעתה יתבאר דברי המדרש‪ ,‬ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר‬ ‫כפות תמרים וענף עץ עבות וערבי נחל‪ ,‬שארבע מינים הללו מורין על האמונה בקבלת‬ ‫‪ -‬לד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬כב ‪-‬‬ ‫דורך די ד' מינים‪ ,‬נעמען מיר אריין דעם אויבערשטן אין אונזער הארץ!‬ ‫הרה"ק רבי הירש מרימנוב זי"ע האט געזאגט‪ :‬מיט די סוכה ווייזן מיר אז השי"ת‬ ‫היט אויף אונז פון אויבן דורך די לעכער פון די סכך‪ ,‬און מיט די לולב און אתרוג ווייזן‬ ‫מיר אז מיר נעמען אריין השי"ת אין אונזער הארץ ארייןכב‪.‬‬ ‫‪ -‬כג ‪-‬‬ ‫אוועקגעבן די אייגענע זכותים פארן כלל‬ ‫דער הייליגער שם משמואל זי"ע זאגט‪ :‬ס'איז גאר א חשוב'ער ענין‪ ,‬אז אידן זענען‬ ‫באחדות‪ ,‬אבער אידן וואס האבן נישט קיין ספעציעלע מעלות‪ ,‬איז נישט קיין גרויסע‬ ‫חידוש‪ ,‬אויב זיי האלטן זיך באחדות‪ ,‬דער עיקר חידוש איז‪ ,‬ווען אידן וואס האבן אסאך‬ ‫אייגענע זכותים‪ ,‬און געלונגענע כוחות‪ ,‬און זיי געבן דאס אלעס איבער פאר די טובה‬ ‫פונעם ציבור‪ ,‬אט דאס איז א ספעציעלע חשיבות‪.‬‬ ‫רבותינו בלי חקירת השכל‪ ,‬שהרי לולי הקבלה לא מצינו ידינו ורגלינו לדעת פירושן של‬ ‫הארבעה מינים‪ ,‬זה שאמר הכתוב תודיענו אורח חיי"ם‪ ,‬פי' שאמונה זו מוסיפה לו לאדם חיים‬ ‫בבוא עת חזרת נשמתו ליוצרו‪ ,‬וגם גורם לו שיהא שובע שמחו"ת את פניך‪ ,‬כי אמונה זו מביא‬ ‫אות לידי שמחה הגדולה של התורה הספיקות‪ ,‬ועוד שנעימות בימינך נצ"ח‪ ,‬שאמונה בלי‬ ‫חקירה עומדת לעד ולנצח נצחים‪.‬‬ ‫כב וזל"ק (בארות המים לסוכות)‪ :‬עוד אמר הרה"ק‪ ,‬עם הסוכה אנו מרמזין שהקב"ה משגיח עליו‬ ‫דרך נקבי הסכך‪ ,‬ובהלולב והאתרוג אנו מראין שאנו לוקחים את השי"ת לתוך לבבינו‪.‬‬ ‫‪ -‬לה ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אויף דעם ענין איז מרמז די לולב און די ד' מינים‪ ,‬ווייל ס'איז באקאנט‪ ,‬אז יעדע פון די‬ ‫ד' מינים איז מרמז אויף איין באזונדערע גרופע פון כלל ישראל – די וואס האבן תורה‬ ‫מיט מצוות‪ ,‬תורה אן מצוות‪ ,‬מצוות אן תורה‪ ,‬און די וואס האבן נישט קיין תורה און‬ ‫נישט קיין מצוות‪ ,‬און סוכות בינדט מען צוזאם אינאיינעם אלע פיר‪ ,‬צו ווייזן אז יעדער‬ ‫סארט איד געבט אוועק זיין חלק פארן ציבור‪ ,‬ער איז מנדב זיינע אייגענע זכותים פארן‬ ‫גאנצן ציבור‪ ,‬אז אלע זאלן קענען הנאה האבן פון זיינע גוטע חלקים‪ ,‬און אלע זאלן‬ ‫באקומען השפעות אין זכות פון זיינע מצוות‪ ,‬און דאס איז מיטן ציל‪ ,‬אז אלע אידן אן‬ ‫אויסנאם זאלן ווערן פאראייניגט צו דינען דעם אויבערשטן מיט אן אחדות‪.‬‬ ‫איך האב געהערט בשם דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע‪ ,‬אז דער יום טוב פון סוכות‬ ‫איז מרמז אויף דעם ענין פון א גוט אויג‪ .‬לויט ווי אויבן ערקלערט‪ ,‬איז דאס גאר‬ ‫פארשטענדליך‪ ,‬אז דאס איז מרמז‪ ,‬אז מען דארף קוקן מיט א גוט אויג אויף אלעמען‪,‬‬ ‫און פארגינען פאר יעדן איד‪ .‬מען דארף זיין וויליג‪ ,‬אז זיינע זכותים זאלן מכפר זיין אויף‬ ‫גאנץ כלל ישראל‪.‬‬ ‫דאס איז באמת געווען די מדריגה פון משה רבינו‪ ,‬אז ער איז גרייט געווען‪ ,‬אז דער‬ ‫אויבערשטער זאל אויסמעקן זיינע זכותים פון זיין חשבון‪ ,‬און דאס צולייגן אויף די‬ ‫חשבון פון כלל ישראל‪ ,‬כדי די אידן זאלן זוכה זיין צו א כפרת עוונות (זע ספורנו שמות‬ ‫לב‪ ,‬לב)‪ ,‬און פון משה רבינו קומט ארויס אט די ליכטיגקייט פאר יעדן איד‪ ,‬אז יעדער‬ ‫זאל אויך מסכים זיין‪ ,‬אז זיינע זכותים זאלן פאררעכנט ווערן פאר גאנץ כלל ישראל‪.‬‬ ‫עס ווערט געברענגט אין ספרים‪ ,‬אז דורכדעם וואס משה רבינו האט זיך אזוי שטארק‬ ‫מקשר געווען צו כלל ישראל‪ ,‬זיי אוועקצוגעגעבן אלע זיינע זכותים‪ ,‬אין דעם זכות‬ ‫‪ -‬לו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫האט ער זוכה געווען צו גאר א הויכע מדריגה פון 'דעת'‪ ,‬צו געטליכע השגות אינעם‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬און א טיפע דביקות אינעם בורא‪ .‬און דורך די מצוה פון לולב‪ ,‬וואס דאס‬ ‫ווייזט אויף דעם ענין‪ ,‬אז אידן געבן זיך אוועק פאר כלל ישראל‪ ,‬דורכדעם איז יעדער‬ ‫איד אויך זוכה צו גאר א הויכע מדריגה פון 'דעת'‪ ,‬און צו א דערהויבענע דביקות אין‬ ‫השי"תכג‪.‬‬ ‫כג וזל"ק (שם משמואל‪ ,‬סוכות‪ ,‬שנת תער"ב)‪ :‬והנה אנשים נכנעים שאין לכל אחד ואחד מעלה‬ ‫מיוחדת אין רבותא כ"כ במה שהם נמסרים כולם לציבור להיותם אגודה אחת‪ ,‬לולב‬ ‫שעומד על האדם בכמה מיני דמים וכו' עאכו"כ‪ ,‬היינו שד' מינים שבלולב רומזים לד'‬ ‫כתות שבישראל בעלי תורה ומצוות‪ ,‬תורה בלי מצוות‪ ,‬מצוות בלי תורה‪ ,‬לא זה ולא‬ ‫זה‪ ,‬וכל אחד ואחד מוסר את שלו לציבור‪ ,‬היינו שזכותו לא לו לבדו תהי' רק לכל‬ ‫הציבור‪ ,‬וזה שאמרו יוקשרו כולם אגודה אחת‪ ,‬והן מכפרין אלו על אלו‪ ,‬וכעין מה שאמר‬ ‫מרע"ה מחני נא וגו' שפי' הספורנו מחה את הזכיות שלי מספרך ושים בחשבונם כדי‬ ‫שיזכו לסליחה‪ ,‬וכעין זה היא מצוות לולב שכל אחד מוסר את דעתו וזכיותיו לציבור‬ ‫למען יהיו כולם חטיבה אחת להשי"ת‪ .‬ושמעתי בשם כ"ק אדומו"ר הרי"ם זצללה"ה‬ ‫מגור שאמר שיו"ט של סוכות הוא עין טובה‪ ,‬ולפי הנ"ל יתפרש בטוב שאין לך עין‬ ‫טובה יותר מזה‪ ,‬ולפי"ז יש ליתן טעם מה שסוכות הוא אחר יוהכ"פ כי ידוע שמוסף‬ ‫יוהכ"פ הוא משה וממנו באה ההארה לכל ישראל בענין זה כנ"ל‪ .‬והנה איתא בספרים‬ ‫שמרע"ה זכה בזה למעלתו הגדולה‪ ,‬וידוע שמדת משה היא דעת ודעת היא התקשרות‪,‬‬ ‫ע"כ בשכר זה שהתקשר בנפשו כ"כ לכלל ישראל‪ ,‬עד שנתן להם במתנה כל זכיותיו‬ ‫ושהוא ישאר משולל מכל זכות‪ ,‬זכה למדת דעת שהיא התקשרות בהשי"ת‪ ,‬וכן יש לומר‬ ‫בישראל ע"י מצות לולב כנ"ל זוכין לדעת כמו שאנו אומרים תשפיע שפע ברכות מדעת‬ ‫עליון והבן‪.‬‬ ‫‪ -‬לז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬כד ‪-‬‬ ‫לויבן דעם אויבערשטן מיט א חיות און א פרישקייט!‬ ‫דער הייליגער שם משמואל זי"ע זאגט‪ :‬אום יום כיפור האט כלל ישראל תשובה‬ ‫געטון‪ ,‬און דער אויבערשטער האט אריינגעבלאזן א נייע חיות אין די אידן‪ .‬נאך יום‬ ‫כיפור ווערט יעדער איד א נייע באשעפעניש!‬ ‫אבער די אידן נעמען דעם נייעם חיות וואס זיי האבן באקומען‪ ,‬און זיי באנוצן זיך נישט‬ ‫דערמיט פאר זייערע אייגענע געברויכן‪ ,‬נאר זיי נוצן דאס אויס צו לויבן און צו דאנקען‬ ‫דעם אויבערשטן‪.‬‬ ‫דער מדרש זאגט (ויקרא רבה ל‪ ,‬יד)‪ ,‬אז די ד' מינים זענען קעגן די הויפט איברים פונעם‬ ‫מענטש [‪-‬די שדרה‪ ,‬אויגן‪ ,‬ליפן‪ ,‬און הארץ]‪ ,‬דאס איז מרמז אז אום סוכות נוצן מיר‬ ‫אלע איברים צו דינען דעם אויבערשטן און אים לויבן‪ ,‬און דער ירושלמי זאגט (סוכה‬ ‫פ"ג‪ ,‬ה"א)‪ ,‬אז דער טעם פארוואס א פארטרינקענטע לולב איז פסול‪ ,‬איז וויבאלד א‬ ‫טויטער קען נישט לויבן דעם אויבערשטן (ווי דער פסוק זאגט (תהילים קטו‪ ,‬יז) "לא המתים‬ ‫יהללו יה")‪ .‬דאס איז מרמז‪ ,‬אז אום סוכות זענען מיר נישט טויט‪ ,‬ווייל מיר האבן מקבל‬ ‫געווען א פרישע חיות פונעם אויבערשטן‪ ,‬און מיט אט דעם חיות לויבן מיר דעם‬ ‫אויבערשטן מיט אלע אונזערע איברים‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אינעם פסוק (ויקרא כג‪ ,‬מ)‪" :‬ולקחתם לכם ביום הראשון"‪ ,‬אז אידן‬ ‫נעמען דעם חיות וואס זיי האבן באקומען‪ ,‬און זיי נוצן דאס אויס פארן אויבערשטן‪,‬‬ ‫אנצוהייבן דינען דעם אויבערשטן‪ ,‬און אים לויבן און דאנקען מיט א געוואלדיגע‬ ‫‪ -‬לח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫פרישקייט‪ ,‬און מיט א ספעציעלע התלהבות‪ ,‬כאילו דאס איז "יום הראשון" – דער‬ ‫ערשטער טאג וואס זיי זענען באשאפן געווארן אויף דער וועלטכד‪.‬‬ ‫‪ -‬כה ‪-‬‬ ‫זיך אינגאנצן איבערגעבן פארן אויבערשטן!‬ ‫דער הייליגער בית אברהם פון סלאנים זי"ע זאגט‪ :‬עס איז באקאנט דאס וואס חז"ל‬ ‫זאגן (ויקרא רבה‪ ,‬ל‪ ,‬יד)‪ ,‬אז די 'הדס' איז גלייך צו די אויגן‪ ,‬די 'אתרוג' צום הארץ‪ ,‬די‬ ‫'ערבה' צו די ליפן‪ ,‬און די 'לולב' צום שדרה‪ .‬דאס איז מרמז אז א מענטש דארף‬ ‫משעבד זיין אלע זיינע איברים צו השי"ת‪ ,‬זיין הארץ‪ ,‬זיינע אויגן און זיינע ליפן‪ ,‬אזויווי‬ ‫דער פסוק זאגט (דברים ל יד) 'בפיך ובלבבך לעשותו'כה‪.‬‬ ‫כד וזל"ק (שם משמואל‪ ,‬סוכות‪ ,‬שנת תער"ב)‪ :‬והנה במד"ר תכתב זאת לדור אחרון ועם נברא יהלל‬ ‫וגו' מכאן שהקב"ה מקבל השבים ועם נברא וגו' שהקב"ה בורא אותם ברי' חדשה‪ ,‬ונראה‬ ‫דזה קאי על ישראל ביוהכ"פ שישראל עושין תשובה והקב"ה בורא אותם ברי' חדשה שנותן‬ ‫בהם חיות מחדש‪ ,‬ובחיות הזו ישראל אינם משתמשים לצורכם‪ ,‬רק לוקחים החיות להודות‬ ‫ולהלל להשי"ת לקיים כל עצמותי תאמרנה וגו' כמ"ש במד"ר על מצות לולב שרומזת לראשי‬ ‫אברים שבאדם‪ ,‬ובירושלמי יבש פסול משום לא המתים יהללו‪ ,‬וזהו פי' דברי המדרש בזכות‬ ‫ולקחתם לכם ביום הראשון שישראל לוקחים ונוטלין את חיות הניתנה להם לא לעצמם רק‬ ‫להשי"ת‪ ,‬להתחיל בעבודת השי"ת להודות ולהלל מחדש בהתלהבות יתירה‪ ,‬כאלו הוא יום‬ ‫ראשון שנבראו ואין חוזק כחסידות בתחילתו‪ ,‬ובזה ישראל מורין שאין כאן חשש לקיים בהם‬ ‫השיבנו ה' ונשובה‪.‬‬ ‫כה בית אברהם לסוכות‪ ,‬אושפיזא דאברהם‪ :‬הדס דומה לעינים‪ ,‬אתרוג ללב‪ ,‬ערבה‬ ‫לשפתיים וכו'‪ ,‬שצריך ליחד כל אבריו לה'‪ ,‬לבו ועיניו ושפתיו‪ ,‬כמה"כ בפיך ובלבבך לעשותו‪.‬‬ ‫‪ -‬לט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אושפיזין עילאין‬ ‫אושפיזא דאברהם‬ ‫‪ -‬כו ‪-‬‬ ‫השי"ת קוקט אויף אונז דורך די לעכער פון די סכך!‬ ‫די ערשטע נאכט סוכות‪ ,‬צום אושפיזין פון אברהם אבינו‪ ,‬האט הרה"ק רבי הירש‬ ‫מרימנוב זי"ע געזאגט‪ :‬אברהם אבינו ע"ה האט זייער מורא געהאט אז ער זאל ח"ו‬ ‫נישט אפגעשוואכט ווערן פון זיין עבודת ה' און נאכגעשלעפט ווערן נאך די 'הבלי‬ ‫עולם הזה'‪ ,‬און ער האט אסאך געוויינט צו השי"ת און אים געבעטן ער זאל אים געבן‬ ‫א גוטע עצה ווי אזוי צו קענען בלייבן שטארק אין עבודת ה'‪.‬‬ ‫האט אים השי"ת געגעבן א סגולה דערצו‪" :‬לך לך מארצך" וגו'‪ ,‬אז די עצה ווי אזוי‬ ‫צו פטור ווערן פון די 'ארציות'[גשמיות]‪ ,‬איז צו גיין "אל הארץ אשר אראך"‪ ,‬וואס‬ ‫דאס איז מרמז אויף די מצוה פון 'סוכה'‪ ,‬ווייל אינעם סוכה איז דער מענטש זוכה אז‬ ‫השי"ת זעט אים און קוקט אויף אים ("אשר אראך" – וואס איך וועל דיר זען)‪ ,‬און אזוי אויך‬ ‫איז דער מענטש זוכה צו זען השי"ת דורך די לעכער פונעם סכך‪ ,‬און דורכדעם ווערט‬ ‫נשפע אויפן מענטש א רוח קדושה וטהרה נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך די 'הבלי‬ ‫עולם הזה'‪ .‬דעריבער איז די הלכה אז לכתחלה דארף מען קענען זען די שטערנס אין‬ ‫די סוכה‪ ,‬צו ווייזן אז השי"ת קוקט און היט אויף אונז פון אויבןכו‪.‬‬ ‫כו וזל"ק (בארות המים לסוכות)‪ :‬ליל א' לאושפיזין דאברהם אבינו ע"ה פתח הרה"ק ואמר‪ ,‬אאע"ה‬ ‫הי' ירא מהבלי העוה"ז ובכה מאד לפני הקב"ה שיתן לו עצה ותושי' איך ומה לעשות‪ ,‬ואמר‬ ‫‪-‬מ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬כז ‪-‬‬ ‫ווילסט אז די ברכה זאל דיר באגלייטן שטענדיג? היט דיינע אויגן!‬ ‫דער הייליגער בית אברהם מסלאנים זי"ע ברענגט בשם זיין טאטע [דער הייליגער‬ ‫דברי שמואל זי"ע]‪ ,‬וואס האט געטייטשט דעם פסוק (בראשית כד א) "וה' ברך‬ ‫את אברהם בכל"‪ ,‬אז דאס ווארט 'בכל' איז ראשי תיבות "ב'רית כ'רתי ל'עיני"‬ ‫[איך האב געשניטן א בונד איבער מיינע אויגן] (איוב לא א)‪ .‬און דאס איז א רמז‪,‬‬ ‫אז איד וואס גיבט אכטונג אויף זיינע אויגן‪ ,‬און ער קוקט נישט דארט ווי די תורה‬ ‫לאזט נישט‪ ,‬איז ער זוכה צו האבן א ברכה 'בכל' ‪ -‬אין אלע זיינע זאכן‪ ,‬סיי‬ ‫ברוחניות און סיי בגשמיות‪.‬‬ ‫דאס איז אויך מרומז אין דאס וואס חז"ל זאגן (תענית ח‪' ):‬אין הברכה מצויה אלא‬ ‫בדבר הסמוי מן העין'‪ ,‬אז די ברכה איז נאר דא ביי א זאך וואס איז פארהוילן‬ ‫פון אויג‪ .‬וואס דאס איז מרמז אז כדי אז א מענטש זאל זוכה זיין צו א ברכה‪,‬‬ ‫דארף ער זיך היטן זיינע אויגן פון קוקן אויף וואס מען טאר נישט‪ ,‬און נישט קוקן‬ ‫אויף א רשע‪ ,‬אדער אין פסול'ע ביכער און אויסגאבעס [און מכל שכן אויף די‬ ‫כלים טמאים רח"ל]‪.‬‬ ‫אויב א מענטש פארהוילט זיינע אויגן‪ ,‬און ער קוקט נישט אויף די אלע‬ ‫אויבנדערמאנטע זאכן‪ ,‬דעמאלטס איז ער זוכה אז די ברכה רועט ביי אים‬ ‫לו הקב"ה סגולה לזה‪ ,‬לך לך מארץ וגומר אל הארץ אשר אראך‪ ,‬והיינו סוכה‪ ,‬כי בשם אני‬ ‫רואה אותך ואתה תראה אותי דרך נקבי הסכך‪ ,‬וזה אשר אראך‪ .‬ולזה צריך שיהיו הכוכבים‬ ‫נראים מתוך נקבי הסכך לתוך הסוכה‪ ,‬למען להראות כי הש"י משגיח עלינו‪.‬‬ ‫‪ -‬מא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫שטענדיג‪ .‬דאס איז אויך מרומז אינעם פסוק (משלי כב ט) 'טוב עין הוא יבורך'‪,‬‬ ‫אז דורכדעם וואס זיינע אויגן זענען גוט און הייליג‪ ,‬איז ער זוכה צו געבענטש‬ ‫ווערן שטענדיג מיט אלע ברכות‪ .‬און אין דעם איז אויך אריינגערעכט‪ ,‬אז ווען א‬ ‫מענטש איז א 'טוב עין'‪ ,‬דהיינו ער קוקט גוט אויף א צווייטן‪ ,‬ער פארגינט א‬ ‫צווייטן‪ ,‬און ער איז נישט מקנא א צווייטן‪' ,‬הוא יבורך' אזא איינער ווערט‬ ‫געבענטשט מיט אלא ברכות‪.‬‬ ‫ווען א מענטש איז זוכה זיך צו היטן זיינע אויגן בקדושה‪ ,‬ער האט הייליגע און‬ ‫ריינע אויגן וואס זענען אפגעהיטן פון הסתכליות אסורות‪ ,‬דעמאלטס קען ער זיין‬ ‫זיכער אז זיין גאנצע גוף וועט בעז"ה זיין אפגעהיטן פון עבירות‪ ,‬אזויווי מיר געפונען‬ ‫אין די ווערטער פון חז"ל (תענית כד‪' ).‬כלה כל זמן שעיניה יפות אין כל גופה‬ ‫צריכה בדיקה'‪ ,‬אז ווען די אויגן זענען גוט און הייליג‪ ,‬איז דאס א ראיה אז די‬ ‫גאנצע גוף איז גוט און הייליגכז‪.‬‬ ‫כז בית אברהם לסוכות‪ ,‬אושפיזא דאברהם‪ :‬וה' ברך את אברהם בכל‪ ,‬בשם אבי הרה"ק‬ ‫ז"ל‪ ,‬בכ"ל ר"ת ב'רית כ'רתי ל'עיני מה אתבונן על בתולה‪ .‬איש יהודי השומר עיניו מהסתכל‬ ‫ברע‪ ,‬הברכה אצלו ממש בכל‪ ,‬כי אין הברכה מצוי' אלא בדבר הסמוי מן העין‪ ,‬ששומר את‬ ‫עיניו מראות באסור‪ ,‬ומהסתכלות בפני אדם רשע‪ ,‬ומלקרא בספרים החיצונים‪ ,‬ואם הכל סמוי‬ ‫מעינו אז הברכה מצוי' אצלו‪ .‬וטוב עין הוא יבורך‪ ,‬ונכלל בזה גם טוב עין‪ ,‬שמסתכל בעין‬ ‫טובה על חבירו ואינו מתקנא בו‪ ,‬הוא יבורך‪ .‬וזהו מאחז"ל (תענית כד‪ ).‬כלה כל זמן שעיניה יפות‬ ‫אין כל גופה צריכה בדיקה‪ ,‬מי שיש לו עינים טהורות ונקיות מהסתכלויות אסורות‪ ,‬כל גופו‬ ‫משומר‪.‬‬ ‫‪ -‬מב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אושפיזא דיצחק‬ ‫‪ -‬כח ‪-‬‬ ‫אויסצונארן יצחק אבינו‬ ‫ַ‬ ‫די טיפע סיבה פארוואס עשו האט מצליח געווען‬ ‫הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע שרייבט א הפלא'דיגע טעם פארוואס השי"ת‬ ‫האט צוגעפירט אז עשו הרשע זאל קענען אזוי שטארק אויסנארן יצחק אבינו‪ ,‬עד כדי‬ ‫כך אז ער זאל דוקא אים ווילן בענטשן‪ ,‬און עס זאל זיך אים דאכטן אז נאר עשו איז‬ ‫ראוי לברכה און נישט יעקב אבינו‪.‬‬ ‫ווייל עס איז באקאנט אז 'עשו' איז מרמז אויפן 'יצר הרע'‪ ,‬ווייל פונקט ווי עשו איז‬ ‫געווען 'ציד בפיו' און אויסגענארט יצחק אבינו‪ ,‬אזוי אויך איז דאס די תחבולה פונעם‬ ‫יצר הרע‪ ,‬אז ער נארט אויס מענטשן מיט כל מיני אופנים זיי צו מאכן זינדיגן און זיי‬ ‫אריינכאפן אין זיין נעץ רח"ל‪ .‬אזויווי מיר געפינען אין זוה"ק אז די נשמה ווערט‬ ‫אנגערופן 'יונה'‪ ,‬וואס דאס איז מלשון 'אונאה' (אויסנארן)‪ ,‬ווייל די יצר הרע נארט אויס‬ ‫די נשמה איר צו מאכן זינדיגן‪.‬‬ ‫עס איז באקאנט אז יצחק אבינו איז די מקור פון 'מדת הדין'‪ ,‬אזויווי עס שטייט אין‬ ‫פסוק (בראשית לא מב) 'ופחד יצחק'‪ ,‬און השי"ת האט געוואלט אז אפילו די מדת הדין‬ ‫זאל מסכים זיין אז א מענטש זאל קענען תשובה טון אויף זיינע עבירות‪ ,‬ווייל באמת‬ ‫איז ער דאך אומשולדיג‪ ,‬ווייל די יצר הרע האט אים פארנארט און געפאנגען‪ .‬דעריבער‬ ‫האט השי"ת צוגעפירט אז יצחק אבינו אליינס זאל ווערן אויסגענארט דורך עשו‬ ‫הרשע‪ ,‬כדי אים צו ווייזן אז יעדע מענטש קען ווערן אויסגענארט און מאכן א טעות‪,‬‬ ‫און ממילא וועט ער מסכים זיין אז דאס זאל זיין א לימוד זכות אויף אלע אידן במשך‬ ‫‪ -‬מג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אלע דורות‪ ,‬אז זייער תשובה זאל ווערן גרינג אנגענומען און השי"ת זאל זיין מוחל זיין‬ ‫זייערע עבירות וואס די יצה"ר האט זיי אריינגענארט דערין‪.‬‬ ‫דאס איז אויך פשט וואס דער מדרש דרשנ'ט (ב"ר סה טו) אויפן פסוק וואס שטייט‬ ‫ביים שעיר לעזאזל (ויקרא טז כב) 'ונשא השעיר עליו את כל עונותם אל ארץ גזירה'‪,‬‬ ‫זאגט דער מדרש אז 'שעיר' גייט ארויף אויף עשו הרשע וואס ווערט אנגערופן 'איש‬ ‫שעיר'‪ ,‬און 'עוונותם' איז נוטריקון 'עונות תם'‪ ,‬דאס מיינט אז עשו הרשע דארף נעמען‬ ‫אויף זיך אלע עבירות פון יעקב וואס ווערט אנגערופן 'איש תם'‪.‬‬ ‫דאס איז מרמז אויף די אויבנדערמאנטע לימוד זכות אויף אידישע קינדער‪ ,‬אז וויבאלד‬ ‫זיי זענען תמימות'דיגע און וואוילע מענטשן‪ ,‬ממילא איז געלונגען פארן יצר הרע מיט‬ ‫זיינע פיפיגע תחבולות זיי אריינצונארן און מאכן זינדיגן‪ ,‬ממילא דארף השי"ת מען‬ ‫אננעמען זייער תשובה און זיי מוחל זיין‪ ,‬און אלע זייערע עבירות גייט טאקע ארויף‬ ‫אויף די קאפ פון עשו הרשע‪ ,‬וואס ער איז דער 'ציד בפיו'כח‪.‬‬ ‫כח הישר והטוב לסוכות (שנת תרכ"ג לפ"ק)‪ :‬ביום ב' אמרתי הטעם שלמה עשה השי"ת ככה‬ ‫שירצה יצחק אבינו לברך את עשו וידמה בעיניו שהוא ראוי לברכה‪ ,‬ובזה אמרתי ג"כ על‬ ‫המד"ר עה"פ ונשא השעיר עליו את כל עונותם עוון ת"ם‪ ,‬עון יעקב הנקרא איש תם‪ .‬דהנה‬ ‫עשו הי' ציד בפיו והוא היצה"ר שמרמה את האדם עד שבא לטעות אחריו‪ ,‬וכמבואר בזוה"ק‬ ‫שלכך נקראת הנשמה יונה שנתאנה ע"י היצר הרע‪ .‬והנה יצחק אבינוהיה המקור של מדה"ד‬ ‫פחד יצחק‪ ,‬לכן עשה זאת השי"ת שירמה עשו את יצחק כדי להראות לו שיכול האדם לטעות‪,‬‬ ‫ופרט אדם שהוא תם בודאי בנקל יוכל לטעות אחריו שדומה לו כי כן הוא האמת כמו שהוא‬ ‫הולך באמת‪ ,‬ולכן כתבה התורה עוונות"ם עו"ן ת"ם‪ ,‬וא"כ בנקל יכול האדם לעשות תשובה‬ ‫כיון שיש לו תירוץ מספיק‪ ,‬ודו"ק‪.‬‬ ‫‪ -‬מד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אושפיזא דיעקב‬ ‫‪ -‬כט ‪-‬‬ ‫יעקב אבינו קומט אין סוכה און בענטש אונז בברכת התורה!‬ ‫עס שטייט אין זוה"ק (ח"ג קד‪ ).‬אז ווען יעקב אבינו קומט אריין אין די סוכה‪ ,‬זאגט ער‬ ‫דער פסוק (ישעיה נח ח) 'אז יבקע כשחר אורך וארוכתך מהרה תצמח'‪.‬‬ ‫דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע איז מסביר דעם טעם דערפון‪ ,‬ווייל אין די נאמען‬ ‫'יעקב' איז מרומז די גאנצע תורה‪ ,‬ווייל די יו"ד איז מרמז אויף די 'עשרת הדברות' און‬ ‫די איבריגע אותיות 'קעב' איז מרמז אויף די ‪ 172‬ווערטער וואס זענען דא אין די‬ ‫'עשרת הדברות'‪.‬‬ ‫דאס זאגט יעקב אבינו ווען ער קומט אריין אין די סוכה 'אז יבקע'‪' ,‬יבקע' איז אותיות‬ ‫'יעקב'‪ ,‬דאס מיינט אז יעקב אבינו בענטש די אלע וואס זיצן אין די סוכה אז זיין זאלן‬ ‫זוכה זיין צו די 'כתר תורה'‪ ,‬צו לערנען און פארשטיין די הייליגע תורה‪' .‬כשחר אורך'‬ ‫איז אויך מרמז אויף די תורה‪ ,‬אזויווי חז"ל זאגן (מגילה טז‪' ):‬אורה זו תורה'‪ .‬און ער‬ ‫פירט אויס 'וארוכתך מהרה תצמח' [‪-‬און דיין רפואה זאל שנעל ארויסשפראצן]‪,‬‬ ‫ווייל די תורה הקדושה איז א רפואה אויף אלעס‪ ,‬אזויווי דער פסוק זאגט אין משלי (ג‬ ‫ח) 'רפאות תהי לשרך'‪ ,‬און דורך די תורה הקדושה וועלן מיר זוכה זיין צו א רפואה‬ ‫אויף אלע ענינים ברוחניות ובגשמיותכט‪.‬‬ ‫כט זרע קודש לסוכות (יום ג')‪ :‬אז יבקע כשחר אורך וארוכתך מהרה תצמח‪ .‬כתב בזוה"ק‬ ‫שכשבא יעקב להסוכה אומר זה הפסוק וכו'‪ ,‬או יאמר ע"ד שכתבנו במקו"א שביעקב מרומז‬ ‫כל התורה‪ ,‬שהיו"ד מרמז על יו"ד דברות שיש בהם קע"ב תיבות וזהו יעקב‪ ,‬וזהו שנאמר אז‬ ‫‪ -‬מה ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫אושפיזא דמשה‬ ‫‪-‬ל‪-‬‬ ‫אפילו זיין עניוות האט משה רבינו באהאלטן!‬ ‫ביי די מראה הסנה שטייט אין פסוק (שמות ג ד) 'ויסתר משה פניו' [‪-‬און משה רבינו‬ ‫האט באהאלטן זיין פנים]‪.‬‬ ‫דער הייליגער ייטב לב זי"ע איז מרמז אין דעם די מורא'דיגע מדריגה פון משה רבינו‬ ‫ע"ה‪ ,‬אז נישט נאר וואס ער איז געווען דער 'עניו מכל אדם'‪ ,‬און ער האט זיך געהאלטן‬ ‫קלענער ווי יעדעם איינעם‪ .‬נאר אויך דאס אליינס‪ ,‬דהיינו זיין געוואלדיגע מדת‬ ‫העניוות האט ער אויך באהאלטן אז קיינער זאל דאס נישט באמערקן‪ ,‬און קיינער זאל‬ ‫נישט וויסן דערפון‪.‬‬ ‫דאס זאגט דער פסוק 'ויסתר משה פניו'‪ ,‬דאס ווארט 'פניו' גייט ארויף אויף זיין‬ ‫'עצמיות'‪ ,‬דהיינו זיין עצם מהות‪ ,‬וואס דאס איז געווען די מדת הענוה‪ .‬דאס מיינט אז‬ ‫משה רבינו האט באהאלטן פון מענטשן זיין עניוות אז מען זאל נישט וויסן דערפון‪.‬‬ ‫אזויווי מיר געפינען טאקע אז דער זוה"ק פ' בלק (דף ר"ה) שרייבט‪ ,‬אז די 'בנות צלפחד'‬ ‫האבן בכלל נישט געוואוסט פון משה רבינו'ס עניוות‪ .‬און דאס איז מרומז אין דעם‬ ‫וואס די מילוי פון זיין נאמען מש"ה איז מ"ם ש"ין ה"א‪ ,‬וואס דאס איז די ווארט 'מאין'‪,‬‬ ‫וואס דאס איז מרמז אויף די מדת הענוה‪.‬‬ ‫יבקע כשחר אורך כו'‪ ,‬שמברך את היושבים בסוכה בברכת התורה שהיא בחינתו‪ ,‬שיזכו‬ ‫לכתר תורה‪ ,‬וזה שנאמר יבקע אותיות יעקב‪ ,‬שמרומז התורה בשמו‪ ,‬וכשחר אורך אורה זו‬ ‫תורה‪ ,‬ואמר וארוכתך מהרה תצמח‪ ,‬כי התורה היא רפואה כמ"ש רפאות תהי לשרך וכו'‪.‬‬ ‫‪ -‬מו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫און דאס ווייזט אז די מדת הענוה איז געווען באהאלטן ביים אים (אזויווי די ווארט 'מאין'‬ ‫איז באהאלטן אין די מילוי פון די אותיות) דהיינו אז קיינער האט דאס נישט קלאר געקענט‬ ‫זעןל‪.‬‬ ‫אושפיזא דיוסף‬ ‫‪ -‬לא ‪-‬‬ ‫אין יום טוב סוכות קענען מיר זוכה זיין צו 'קדושת יוסף'!‬ ‫הרה"ק רבי לייבעלע איגר זי"ע טייטש דעם פסוק (בראשית מט כב) 'בן פורת יוסף בן‬ ‫פורת עלי עין'‪ ,‬אז די ווארט 'פורת' איז מלשון 'רפואה'‪ ,‬אויך די ווארט 'עלי' איז מרמז‬ ‫אויף רפואה‪ ,‬אזויווי דער פסוק (ירמיה ל יז) זאגט 'כי אעלה ארוכה לך'‪ .‬און דאס איז‬ ‫מרמז אז דורך די בחינה פון 'קדושת יוסף' קומט א רפואה אויף די אויגן‪ ,‬און מען איז‬ ‫זוכה צו א געוואלדיגע און גרויסע אור‪ .‬אזויווי חז"ל זאגן‪ ,‬אז בזכות וואס יוסף הצדיק‬ ‫האט זיך געהיטן נישט צו זעטיגן זיינע אויגן און קוקן ח"ו דארט ווי מען טאר נישט‪,‬‬ ‫האט ער זוכה געווען זיך צו זעטיגן מזיו השכינה‪.‬‬ ‫דאס איז די בחינה פון 'קדושת יוסף'‪ ,‬אז ער איז 'עלי עין'‪ ,‬דאס הייסט ער איז העכער‬ ‫און שטערקער פון זיינע אויגן‪ .‬ווייל די טבע פון א מענטש איז פארקערט‪ ,‬צו ווערן‬ ‫נאכגעשלעפט נאך זיינע אויגן‪ ,‬צו זען און קוקן אלעס וואס קומט אים אונטער‪ ,‬סיי‬ ‫ל ייטב פנים (מאמר קדישין) ליל ד' דסוכות‪ :‬ויסתר משה פניו‪ ,‬שהסתיר עצמותו‪ ,‬כפירוש‬ ‫הרמב"ם בשורש פנים‪ ,‬היינו מה שהיו עניו‪ ,‬כדאיתא בזוהר בלק גבני בנות צלפחד ואינו לא‬ ‫ידעו דהא משה עניו מאד‪ ,‬ורמז לזה כי מש"ה במלואו מ"ם ש"ין ה"א בו טמיר ונעלם אותיות‬ ‫מאי"ן כידוע‪.‬‬ ‫‪ -‬מז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫ווייל ער האט הנאה פון דעם‪ ,‬און סיי ווייל עס דאכט זיך אים אז עס וועט ארויס‬ ‫קומען פאר אים א תועלת דערפון‪ .‬אבער יוסף הצדיק איז געווען שטערקער ווי זיינע‬ ‫אויגן‪ ,‬און ער האט אינגאנצן מבטל געווען די כח פון זיינע אויגן‪ ,‬אז זיי זאלן אים נישט‬ ‫קענען מאכן זען אלע זאכן וואס קומען אונטער‪ ,‬אזויווי דער פסוק זאגט (במדבר טו לט)‬ ‫'ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם'‪ .‬און בזכות זה האט יוסף הצדיק זוכה‬ ‫געווען צו באקומען א געוואלדיגע ליכטיגקייט פון די זיו השכינה‪.‬‬ ‫יעצט ביי 'אושפיזא דיוסף' ווערט נמשך אט די הייליגע קדושה אויף אונז‪ ,‬אז מיר זאלן‬ ‫אויך קענען זוכה זיין צו שמירת עינים כראוי‪ ,‬און מיר זאל אויך קענען ממשיך זיין אויף‬ ‫אונז די געוואלדיגע ליכטיגקייט פון די 'זיו השכינה'‪ ,‬און פון די 'אושפיזא דיוסף'‬ ‫צעשפרייט זיך די קדושה אויף אלע טעג פונעם יום טוב סוכות‪ .‬און ממילא קומט אויס‬ ‫אז די טעג זענען אויך מסוגל אויסצוהיילן די אויגן בגשמיות‪ ,‬ווייל דורכדעם וואס עס‬ ‫ווערט נמשך די גרויס ליכטיגקייט ברוחניות‪ ,‬קומט אויך אראפ א ליכטיגקייט‬ ‫בגשמיותלא‪.‬‬ ‫לא תורת אמת‪ ,‬שבת חול המועד (אושפיזא דיוסף)‪ :‬בן פורת יוסף בן פורת עלי עין‪ ,‬ענין‬ ‫פורת יש לומר שהוא לשון רפואה‪ ,‬וכן תיבת על"י רומז ג"כ על רפואה‪ ,‬כלשון כי‬ ‫אעלה ארוכה לך‪ ,‬ומלשון תעלה‪ .‬והיינו שמבחינת קדושת יוסף בא הרפואה להעינים‪,‬‬ ‫כי הנה אמרו ז"ל על יוסף עיון שלא רצתה ליזון ממהש שאינו שלה תזכה לזון מזיו‬ ‫השכינה‪ ,‬והיינו כי זהו בחי' קדושת יוסף להיות עולה על העין‪ ,‬כי מטבע האדם הוא‬ ‫להיות נמשך אחר מראה עיניו‪ ,‬הן ממה שיש לו הנאה מן הראיה‪ ,‬והן ממה שנראה‬ ‫בעיניו שיגיע לואיזה תועלת‪ ,‬ובחי' יוסף הוא להיות עולה על העין לבטל ממנו את‬ ‫כח הראיות הללו‪ ,‬כמו שנאמר ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם וגו'‪ ,‬וממילא‬ ‫על ידי זה זוכה לבחינת האור בשרש‪ ,‬ובקדושת היום הזה אושפיזא דיוסף נמשך‬ ‫ונתפשט ההארה דקדושה לכל ז' ימי החג‪ ,‬כי בחי' יסוד ממשיך אורה לכל השבע‬ ‫‪ -‬מח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫הושענא רבה‬ ‫‪ -‬לב ‪-‬‬ ‫דריי פירושים אויף 'הושענא רבה'!‬ ‫דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע פלעגט טייטשן דריי פירושים אויף די נאמען‬ ‫פונעם טאג 'הושענא רבה'‪ .‬די ערשטע טייטש‪' :‬הושענא רבה' א גרויסע הילף‪ ,‬אז‬ ‫עס זאל זיין א גרויסע ישועה פאר אידישע קינדער‪ .‬די צווייטע טייטש‪' :‬הושענא רבה'‬ ‫דער גרויסער זאל העלפן‪ ,‬אז השי"ת וואס ער איז דער 'רב ושליט' ער זאל אונז‬ ‫העלפן‪ .‬די דריטע טייטש‪' :‬הושענה רבה' דער גרויסער זאל געהאלפן ווערן‪ ,‬אז די‬ ‫עיקר תכלית פון אלע אונזער תפלות דארף צו זיין‪ ,‬אז די שכינה הקדושה זאל‬ ‫אויסגעלייזט ווערן פון איר גלות און צער‪ ,‬אזויווי דער פסוק זאגט (ישעיה סג ט) 'בכל‬ ‫צרתם לו צר'לב‪.‬‬ ‫מדות דקדושה‪ ,‬כאמרם ז"ל ניתן לצדיקים אורה ולישרים שמחה‪ ,‬שנאמר אור זרוע‬ ‫לצדיק ולישרי לב שמחה‪ ,‬וממילא נמשך בקדושת היום הזה רפואה גם על עינים שהם‬ ‫כלי האות גם בגשמיות‪ ,‬שנשפע בהם הארה מהאור זרוע לצדיק כנ"ל‪.‬‬ ‫לב עבודת עבודה (שיחות קודש א') לסוכות‪ :‬המגיד הקדוש מקאזניץ זי"ע היה רגיל לפרש‬ ‫שלשה פירושים על שם היום 'הושענא רבה'‪ ,‬פי' אחד‪ ,‬הושענא רבה‪ ,‬א גרויסע הילף‪,‬‬ ‫שתהיה ישועה גדולה ורבה לבני ישראל‪ .‬הפירוש השני‪ ,‬הושענא רבה‪ ,‬דער גרויסער‬ ‫זאל העלפן‪ ,‬שהבורא ב"ה דאיהו רב ושליט הוא יעזרינו‪ .‬הפירוש השלישי‪ ,‬הושענא‬ ‫רבה‪ ,‬דער גרויסער זאל געהאלפן ווערן‪ ,‬שעיקר תכלית כל התפלות שביום הזה צריכה‬ ‫להיות‪ ,‬שהשכינה הק' תצא מגלותה וצערה‪ ,‬כי בכל צרתם לו צר‪.‬‬ ‫‪ -‬מט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫שמיני עצרת ושמחת תורה‬ ‫‪ -‬לג ‪-‬‬ ‫די פנימיות'דיגע עבודה פון שמיני עצרת‪' :‬קבלת עול מלכות שמים'!‬ ‫עס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים‪ ,‬אז די הקפות וואס מיר מאכן סוכות‬ ‫און הושענא רבה מיט די ד' מינים‪ ,‬דאס איז אזויווי די הקפות וואס יהושע האט‬ ‫געמאכט צו איינווארפן די חומה פון יריחו‪.‬‬ ‫דער הייליגער שם משמואל זי"ע איז מסביר די טיפקייט וואס ליגט אין דעם‪ .‬ווייל די‬ ‫נאמען פונעם שטאט 'יריחו' איז מלשון 'ריח' (רש"י יחזקאל כז יז)‪ ,‬און 'ריח' איז מרמז‬ ‫אויף די פנימיות פון א זאך‪ ,‬אזויווי מיר געפונען אין חז"ל (ברכות מג‪ ):‬אז נאר די נשמה‬ ‫איז נהנה פון א ריח און נישט דער גוף‪ ,‬ווייל וויבאלד די נשמה איז א פנימיות'דיגע‬ ‫זאך‪ ,‬איז זי נאר נהנה פון א 'דבר פנימי'‪ .‬און אזוי אויך די שטאט 'יריחו' האט געהאט‬ ‫אין זיך א פנימיות'דיג קדושה‪ ,‬ענליך צום בית המקדש‪.‬‬ ‫און די 'חומה' פון יריחו‪ ,‬איז מרמז אויף די שטארקע קליפות וואס האבן נישט געלאזט‬ ‫צוקומען צום פנימיות‪ ,‬ווייל ווען עס קומט צו די פנימיות פון די קדושה‪ ,‬פארלייגן זיך‬ ‫אלע כוחות הטומאה גאר שטארק אז מען זאל נישט קענען צוקומען צו דעם‪ ,‬אזויווי‬ ‫די דערנער וואס נעמען ארום דעם רויז‪ .‬און דעריבער האט יהושע דאס געדארפט‬ ‫ארום נעמען זיבן טעג‪ ,‬און אינעם זיבעטן טאג האט עס ארומגענומען זיבן מאל‪ ,‬ווייל‬ ‫ער האט געדארפט מכניע זיין די כוחות הטומאה פון אלע ז' אומות‪ ,‬וואס זיי האבן זיך‬ ‫דארט פארלייגט נישט צו צו לאזן די אידן צו די פנימיות הקדושה פון יריחו‪.‬‬ ‫‪-‬נ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫די זעלבע זאך איז די הייליגע טאג 'שמיני עצרת' וואס דאס איז די 'נקודה הפנימיות'‬ ‫פון די אלע הייליגע טעג וואס זענען אריבער‪ ,‬ראש השנה‪ ,‬יום כיפור און סוכות‪ .‬וואס‬ ‫די עבודה פון שמיני עצרת איז מקבל צו זיין עול מלכות שמים בפנימיות הלב‪ ,‬צו דינען‬ ‫השי"ת מיטן גאנצן הארץ לשם שמים אן קיין שום זייטיגע פניות‪ ,‬וואס דאס איז באמת‬ ‫די תכלית און ציהל פון אונזער גאנצע עבודה אין די הייליגע טעג‪ .‬און הרה"ק מקאצק‬ ‫זי"ע האט געזאגט‪ ,‬אז עס איז לייכטער פאר א מענטש צו טון אלע סארטן סיגופים‬ ‫אין די וועלט‪ ,‬ווי צו מקבל זיין אויף זיך עול מלכות שמים‪ ,‬און זיך פירן אייביג נאר על‬ ‫פי התורה‪ .‬וויבאלד די קבלת עול מלכות שמים איז א פנימיות'דיגע עבודה און דאס‬ ‫איז די אמת'ע תכלית‪ ,‬דעריבער ווענדן די כוחות הטומאה אן אלע סארטן תחבולות‬ ‫צו שטערן א מענטש אנצוקומען צו דעם‪ ,‬זיי דערשרעקן דעם מענטש און פארמישן‬ ‫אים אויף פארשידענע אופנים‪ ,‬און זיי נעמען ארום די 'נקודה הפנימיות' פון אלע זייטן‬ ‫אז מען זאל נישט קענען צוקומען דערצו‪ ,‬ממש אזויווי די 'חומת יריחו' וואס האט‬ ‫נישט געלאזט צוקומען צום פנימיות‪.‬‬ ‫דעריבער מאכן מיר די 'הקפות' במשך די זיבן טעג פון סוכות‪ ,‬און אום 'הושענא רבה'‬ ‫וואס דאס איז די זיבעטע טאג מאכן מען זיבן מאל 'הקפות'‪ ,‬אזויווי יהושע האט געטון‬ ‫ביי די חומת יריחו‪ ,‬ווייל אום הושענא רבה זענען מיר זוכה איינצואווארפן די חומה‬ ‫פון די כוחות הטומאה וואס ווילן אונז נישט לאזן צוקומען צום פנימיות פון קבלת עול‬ ‫מלכות שמים‪ .‬און דורכדעם קענען מיר טאקע זוכה זיין אינעם טאג פון שמיני עצרת‬ ‫צו מקבל זיין אויף זיך ריכטיג דעם עול מלכות שמים בפנימיות הלב‪.‬‬ ‫דאס איז אויך די סיבה פארוואס מיר מאכן שמיני עצרת די 'הקפות' מיטן ספר תורה‪,‬‬ ‫ווייל מיט דעם בויען מיר אויף א נייע 'חומה דקדושה'‪ ,‬וואס דאס וועט אפהאלטן די‬ ‫‪ -‬נא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫כוחות הטומאה אז זיי זאל מער נישט קענען זיך דערנענטערן צו די קדושה‪ .‬און די‬ ‫חומה ווערט געבויעט דוקא מיט די תורה‪ ,‬ווייל די תורה איז מגינא ומצלי מן החטא‪,‬‬ ‫און איז ווי א חומה בצורה קעגן אלע כוחות הרע וכוחות הטומאהלג‪.‬‬ ‫לג שם משמואל להושענא רבה (שנת תרע"ד)‪ :‬איתא בספרים שההקפות שבסוכות והו"ר‬ ‫הן דוגמת הקפת חומת יריחו‪ .‬ונראה לפרש דהנה יריחו נקראת ע"ש הריח כדאיתא‬ ‫ברש"י‪ ,‬וריח הוא פנימיות הדבר‪ ,‬וע"כ הוא דבר שהנשמה נהנית ממנו כבש"ס ברכות‬ ‫(מ"ג ע"ב)‪ ,‬כי הנשמה באשר היא פנימיות אינה נהנית אלא מדבר פנימי‪ .‬וע"כ הניחו‬ ‫דשנה של יריחו למי שיבנה בהמ"ק בחלקו (ספרי פ' בהעלותך י' ל"ב)‪ ,‬כי היא דוגמת מקום‬ ‫בהמ"ק הנקודה הפנימית‪ .‬וחומת יריחו היא קליפה קשה שאינה מנחת לבוא אל‬ ‫הפנימיות‪ .‬וע"כ נתקבצו באו ביריחו להלחם נגד ישראל כל שבע האומות כמבואר‬ ‫ביהושע (כ"ד י"א)‪ ,‬כי לפנימיות סובבים מכל צד‪ ,‬והקוצים הם סביב סביב לשושנה‪ .‬וע"כ‬ ‫כדי להפיל חומת יריחו הקיפוה שבעה ימים‪ ,‬ובשביעי שבע פעמים לעומת הקליפה‬ ‫הקשה שבחומה כפול שבעה מכל שבע האומות‪ .‬ודוגמא לזה הוא שמ"ע שהוא הנקודה‬ ‫הפנימית מכל הימים שעברו ר"ה יוה"כ וסוכות‪ ,‬והוא קבלת עול מלכות שמים באמת‬ ‫ובלב תמים‪ ,‬וביחוד הכוונה להש"י בלי שום עירוב כוונה וזהו תכלית הכל‪ .‬וכ"ק זקיני‬ ‫זצללה"ה מקאצק הגיד כי יותר נוח לגוף לקבל על עצמו כל מיני סיגופים שבעולם‬ ‫מלקבל על עצמו עול מלכות שמים‪ ,‬ואין סיגוף גדול לגוף יותר מלהיות תחת עול‬ ‫מלכות שמים להתנהג בכל עניניו רק עפ"י התורה‪ ,‬עכת"ד‪ .‬ובאשר שזה תכלית הכל‬ ‫עומדים כנגד זה כל כחות החיצונים לבלבלו לערבו להממו ולהבהילו‪ ,‬והם סובבים את‬ ‫זו הנקודה מכל צד בכל טצדקי למנוע את האדם מלזכות לנקודה זו‪ ,‬וזוהי דוגמת‬ ‫חומת יריחו‪ .‬ובהקפות של סוכות והו"ר שבע פעמים מפילין את החומה‪ ,‬ובא הזמן‬ ‫היותר נכון לקבל עליו עול מלכות שמים שלימה כנ"ל‪ .‬ובשמ"ע עושין הקפות עם ס"ת‪,‬‬ ‫היינו בזה עושין חומה קדושה לבל יתקרבו עוד כחות החיצונים‪ ,‬והיא התורה‪ ,‬כי‬ ‫התורה היא חומה בצורה בפני החיצונית מגינה ומצלא‪ ,‬וזהו הענין שבשמ"ע מקיפין‬ ‫בס"ת‪.‬‬ ‫‪ -‬נב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬לד ‪-‬‬ ‫שמיני עצרת ווערן 'באפרייט' אלע פארווארפענע נשמות!‬ ‫ַּב ּיוֹ ם ַה ּ ְש ִּמינִּ י ֲע ֶצ ֶרת ִּּת ְהיֶ ה לָ ֶכם (במדבר כט‪ ,‬לה)‬ ‫אין דעם אכטן טאג [פון סוכות] זאל זיין א פארזאמלונג פאר אייך‬ ‫דער הייליגער ייטב לב זי"ע ערקלערט בדרך צחות‪ ,‬אז ווען א קעניג פראוועט א‬ ‫גרויסע חתונה וכדו'‪ ,‬באפרייט ער אלע ארעסטירטע‪ ,‬און מען דארף זיי צוריק‬ ‫ארייננעמען אינדערהיים‪ .‬דאס זעלבע‪ ,‬אין שמיני עצרת ווערט א בחינה פון א חתונה‬ ‫אין די עולמות עליונים‪ ,‬און דאן נעמט דער אויבערשטער ארויס אלע הייליגע חלקים‬ ‫פון קדושה און אלע נשמות וואס זענען געווען 'ארעסטירט' און פארווארפן צווישן די‬ ‫קליפות‪ ,‬און ער באפרייט זיי‪ ,‬און דעריבער דארף מען זיי צוריק ארייננמען אינדערהיים‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪" :‬וביום השמיני עצרת תהיה לכם" – אין שמיני עצרת‬ ‫זאלט איר איינזאמלען די אלע פארווארפענע חלקים און נשמות‪ ,‬און זיי צוריק‬ ‫אריינברענגען אינדערהייםלד‪.‬‬ ‫לד וזל"ק (ייטב פנים לשמיני עצרת‪ ,‬טו)‪ :‬ביום השמיני עצרת תהיה לכם ע"ד צחות כי כשמלך‬ ‫עושה שמחה של נשואין וכדומה מוציא האסורים לחפשי ולחירות וצריך לאסוף אותן‬ ‫הביתה והנה בשמיני עצרת זמן שמחת תורה כחתן יוצא מחפתו כביכול כידוע ליודעי‬ ‫חן מכוונת ברכת גשם אז מוציא הניצוצות הקדושות ונשמות דאזלין ערטלאין לחפשי‬ ‫וחירות וצריך לאסוף אותן הביתה וז"ש וביום השמיני עצרת לשון כנישו ואסיפה‬ ‫כתרגומו תהיה לכם ותבין‪.‬‬ ‫‪ -‬נג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬לה ‪-‬‬ ‫שמיני עצרת ווערן מיר פאראייניגט מיט די געטליכקייט פונעם אויבערשטן אליין!‬ ‫דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע זאגט‪ :‬בעפאר דער אויבערשטער האט באשאפן‬ ‫די וועלט‪ ,‬זענען אלע אידישע נשמות געווען כביכול פאראייניגט מיטן אויבערשטן‪,‬‬ ‫נאר כדי עס זאל קענען באשאפן ווערן א גשמיות'דיגע וועלט‪ ,‬האט דער אויבערשטער‬ ‫כביכול 'אפגעטיילט' ‪ ,‬פארקלענערט‪ ,‬און מצמצם געווען זיין ענדלאזע ליכטיגקייט‪,‬‬ ‫און אזוי באשאפן אלע וועלטן‪.‬‬ ‫די העכסטע מדריגה איז‪ ,‬ווען אידן זענען זוכה צו ווערן צוריק פאראייניגט אין זייער‬ ‫שורש‪ ,‬און זיי ווערן בטל צו דער ליכטיגקייט וואס איז געווען בעפאר די וועלט‪-‬‬ ‫באשאף‪.‬‬ ‫אט דער ענין פאסירט אום שמיני עצרת‪ ,‬ווייל 'עצרת' איז א לשון פון 'איינזאמלען'‪,‬‬ ‫און די טיפע כוונה איז‪ ,‬אז מיר ווערן 'איינגעזאמלט' און פאראייניגט מיט די‬ ‫געטליכקייט פון השי"ת אליין כביכול‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון די ווערטער פון חז"ל (סוכה נה‪ ,):‬אז שמיני עצרת זאגט דער‬ ‫אויבערשטער פאר די אידן‪ :‬מאכט'ס א קליינע סעודה וואס מיר זאלן זיך פרייען‬ ‫צוזאמ ען‪ ,‬ווייל אין דעם טאג זענען מיר זוכה צו זיין 'צוזאמען' מיטן אויבערשטן און‬ ‫פאראייניגט מיט איםלה‪.‬‬ ‫לה וזל"ק (תפארת שלמה‪ ,‬לשמחת תורה)‪ :‬יהי ד' אלהינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו אל‬ ‫יעזבנו ואל יטשנו‪ .‬יש להעיר ולהתבונן בדבר זה שאנו אומרים בשמ"ע כפילות‬ ‫‪ -‬נד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫הדברים אלהינו ואלהי אבותינו אלהי אברהם הלא כבר אמר אלהי אבותינו‪ .‬אולם‬ ‫כבר פרשנו במ"א כי הוא ב' ענינים אבות הוא לשון רצון כמ"ש ולא אבה‪ .‬וכמ"ש‬ ‫בגלל אבות שעשו רצונך‪ .‬רמז על הרצון העליון קודם בריאת העולם האבות היו‬ ‫כלולים בעצמיותו כביכול‪ .‬וזה בעבור אבותינו שבטחו בך לשון דביקות כמ"ש וטח‬ ‫את הבית והוא מדרגה העליונה שהי' ברצונו ית"ש קודם ברי"ע וכל אדם מבנ"י יש‬ ‫לו חלק ממעל כמ"ש חלקי ד' אמרה נפשי‪ .‬ובזה פרשתי הפ' ויגש אליו יהודה ויאמר‬ ‫בי אדוני פי' האדם רוצה לגשת אל הרנה ותפלה האמנם כי יודע מרת נפשו ושפל‬ ‫מצבו‪ .‬אעפ"כ לא יפול בדעתו ויתחזק בעצמו כי בכל אדם יש בו חלק אלקי ואל‬ ‫זה אני מתפלל כמ"ש בי אדוני‪ .‬ר"ל חלק האדנות והאלקות שיש בו הוא הגשה‬ ‫לתפלה אכן יש עוד מדרגה גדולה מזו אם האדם מעורר תכלית הרצון העליון שהי'‬ ‫קודם בריאת העולם שהיו כל הנשמות מבנ"י כלולים בעצמיותו ית"ש‪ .‬כמ"ש ויפח‬ ‫באפיו נשמת חיים‪ .‬וכמ"ש נעשה אדם בצלמנו כדמותנו כמ"ש בספרים מאן דנפח‬ ‫מעצמו נפח‪ .‬וקודם ברי"ע היו כל הנשמות כלולים בא"ס ב"ה‪ .‬אך הבורא ב"ה הי'‬ ‫צריך לצמצם א"ע שיהי' בריאת עולם‪ .‬וזה ענין שמיני עצרת‪ .‬שפרש"י משל למלך‬ ‫שעשה סעודה כו' קשה עלי פרידתכם פי' לשון ההפרדה שייך לפי ערך עצמיות‬ ‫הא"ס ב"ה שהיו כולם כלולים באחדותו א"ס ב"ה עד שהי' צריך הא"ס ב"ה לצמצם‬ ‫א"ע שיהי' באפשרי ברי"ע‪ .‬שקודם הבריאה היו כולם כלולים בו ולא הי' שום בחירה‪.‬‬ ‫לכן הי' צריך בחי' הצמצום כדי שיהי' האדם בעל בחירה לעשות כרצונו וממילא זה‬ ‫בחי' פירוד לפי ערך העצמיות א"ס שהי' מקודם וז"ש עצרת לשון כניסה להכניס‬ ‫הכל כמו קודם הבריאה כנ"ל‪ .‬וזהו עשו סעודה קטנה שנשמח בו אני ואתם יום‬ ‫אחד פי' כמו קודם הבריאה שהיו כולם כלולים באחדות גמור כלולים בא"ס ית"ש‪.‬‬ ‫וזה שאנו מתפללים ע"ז בשמ"ע יהי ד' אלהינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו היינו‬ ‫כלולים ברצון הקדום שהי' קודם בריאת עולם‪.‬‬ ‫‪ -‬נה ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬לו ‪-‬‬ ‫אומאויפהערליכע סייעתא דשמיא צו זיין ריין פון שלעכטע מחשבות!‬ ‫הקפה ו'‬ ‫יַ ִּּקיר אמוֹ ר לְ ָצרוֹ ַתי ַדי‪ ,‬נוֹ ֵהג ְּכצֹאן יוֹ ֵסף הוֹ ִּסיף ַמ ֲח ַמ ַדי‪,‬‬ ‫יצים ַש ַד"י‬ ‫יַ ֵסד ְּב ִּציוֹ ן ֵאל ַחי יִּ ְק ַרת יְ סוֹ ַדי‪ ,‬וְ נַ ֲח ַלת ָע ִּר ִּ‬ ‫באליבטער באשעפער‪ ,‬זאג פאר מיינע צרות‪" :‬גענוג"; באשעפער וואס דו‬ ‫פירסט כלל ישראל (וואס ווערן אנגערופן 'יוסף') פונקט ווי שאף – פארמער‬ ‫מיינע גלוסטענישן [די גלוסטיגע לאנד ארץ ישראל]; לעבעדיגער באשעפער‪,‬‬ ‫בוי אויף און באפעסטיג די טייערע יסודות פון דעם בית המקדש‪ ,‬און דאן‬ ‫וועלן די רשעים ירש'ענען זייער פארדינטע שטראף פונעם אויבערשטן‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע שטעלט זיך‪ ,‬פארוואס נוצט ער דעם לשון "אמוֹ ר‬ ‫ל ָצרותי די" [זאג פאר מיינע צרות – גענוג]‪ ,‬לכאורה וואלט מער געפאסט צו זאגן‬ ‫"תאמר לצרותי די" [דו זאלסט זאגן פאר מיינע צרות – גענוג]?‬ ‫נאר די טיפע כוונה פון דער בקשה איז‪ ,‬אז מיר זאלן זוכה זיין געראטעוועט צו ווערן‬ ‫פון שלעכטע מחשבות‪ ,‬און זיין ריין אין דעם ענין פון 'קדושת היסוד'‪ ,‬און אויף דער‬ ‫מידה פון 'יסוד' פאדערט זיך א שטענדיגע סייעתא דשמיא‪ ,‬אז מען זאל חלילה נישט‬ ‫נכשל ווערן אין שלעכטע מחשבות‪ ,‬דעריבער דרוקט ער זיך אויס מיט א לשון 'אמור'‪,‬‬ ‫וואס דאס ווייזט אויף א 'לשון הווה' – א זאך וואס גייט אן שטענדיג‪ ,‬און דאס שטעלט‬ ‫זיך קיינמאל נישט אפ‪ ,‬ווייל אויף דעם ענין דארף מען האבן סייעתא דשמיא אלעמאל‬ ‫אן אפשטעל‪.‬‬ ‫‪ -‬נו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫לויט דעם קען מען ערקלערן דעם המשך פון דעם פיוט‪ ,‬אז דאס וואס ברענגט צו‬ ‫דעם מענטש צו פוגם זיין חלילה אין דעם ענין‪ ,‬איז דער ענין פון 'גלוסטן'‪ ,‬אז ער‬ ‫גלוסט צו שלעכטס‪ .‬און ווילאנג א מענטש שפירט אז ס'קומט אים אריין אין הארץ‬ ‫שלעכטע תאוות‪ ,‬דארף ער זיך מתגבר זיין זיי צו פארטרייבן‪ ,‬אז זיי זאלן בכלל נישט‬ ‫אריינקומען ביי אים אין הארץ‪ ,‬אבער ווען א מענטש איז זוכה צו דער מדריגה פון‬ ‫יוסף הצדיק‪ ,‬אז ער איז שוין גענצליך ריין אין דער מידה פון 'יסוד'‪ ,‬דאן דארף ער זען‪,‬‬ ‫ארויפצוברענגען די אלע גלוסטענישן וואס קומען אים אריין אין הארץ‪ ,‬און זיי‬ ‫צוריקברענגען צו די קדושה‪ ,‬אז ער זאל זיי נוצן צו גלוסטן צום אויבערשטן‪ ,‬און צו‬ ‫טון מצוות‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם המשך פון דעם פיוט‪" :‬נוֹ ֵהג ְּכצֹאן יוֹ ֵסף" – ווען מען איז‬ ‫שוין זוכה צו דער מדריגה פון יוסף הצדיק‪ ,‬דאן‪" :‬הוֹ ִּסיף ַמ ֲח ַמ ַדי" – דארף מען מוסיף‬ ‫זיין די גלוסטעניש‪ ,‬און דאס ארויפברענגען צו די קדושה‪.‬‬ ‫און ער פירט אויס‪" :‬יַ ֵסד ְּב ִּציוֹ ן ֵאל ַחי יִּ ְק ַרת יְ סוֹ ַדי" – דורכדעם וואס מען וועט זיך‬ ‫מתגבר זיין זיך צו רייניגן אין דעם ענין פון 'יסוד'‪ ,‬וועט מען זוכה זיין צו די גאולה‬ ‫שלימה‪ ,‬ווי ס'איז באקאנט‪ ,‬אז די גאנצע גאולה איז געוואנדן אין דעם‪ .‬דער‬ ‫אויבערשטער זאל העלפן‪ ,‬אז מיר זאלן זוכה זיין בקרוב צו די גאולה שלימהלו‪.‬‬ ‫לו וזל"ק (חידו"ת מהרי"ט‪ ,‬לסוכות‪ ,‬עמ' קכ‪ ,‬שנת תשי"ז)‪ :‬עוד אפשר לומר דלכאורה יש לדקדק למה לא‬ ‫אמר תאמר לצרותי די כמו שאומרין כן בכל התפלות לשון כזה אמנם הנה מדה זו מדת יסוד‬ ‫צריכין סייעתא דשמיא תמיד שלא להכשל במחשבות רעות ע"כ אמר יקיר אמור לשון הוה‬ ‫כמו זכור ושמור מפני שתמיד בלי הפסק צריכין סייעתא דשמיא בענין זה ע"כ מבקשין יקיר‬ ‫אמור תמיד לצרותי די היינו שננצל ממחשבות רעות תמיד‪ .‬והנה יסוד מדה זו היא חמדה‬ ‫‪ -‬נז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪ -‬לז ‪-‬‬ ‫אז מען נעמט נישט די גאולה פאר די צייט איז מען זוכה צו די גאולה‬ ‫א ֶמת ְויַ ִּ ּציב‪ ...‬וְ טוֹ ב ְויָ ֶפה ַהדָּ ָבר ַה ֶ ּזה ָעלֵ ינ ּו ְלעוֹ ָלם ָו ֶעד‬ ‫די זאך (פון קבלת עול מלכות שמים) איז אמת און‬ ‫ריכטיג‪ ...‬און גוט און פיין אויף אונז‪ ,‬אויף אייביג‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע שטעלט זיך‪ ,‬פארוואס פעלט אויס צו אויספירן‬ ‫"לעולם ועד"‪ ,‬לכאורה איז שוין אליין פארשטענדליך‪ ,‬אז א זאך וואס איז אמת און‬ ‫ריכטיג בלייבט אויף אייביג?‬ ‫נאר ס'איז באקאנט‪ ,‬אז דער מקור פון דעם נוסח קומט פון די אידן וואס האבן‬ ‫געוואוינט אין שטאט טולטילה אין די צייט פון גלות בבל‪ ,‬און ווען עזרא הסופר‬ ‫האט געוואלט ארויפגיין קיין ארץ ישראל אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש‪,‬‬ ‫האט ער געשיקט צו זיי‪ ,‬אז זיי זאלן אויך ארויפקומען‪ ,‬אבער זיי האבן נישט‬ ‫געוואלט‪ ,‬ווייל זיי האבן געוואוסט‪ ,‬אז דער בית המקדש וועט צום סוף חרוב ווערן‪,‬‬ ‫און דאס איז נישט קיין אייביגע גאולה‪ ,‬און כדי מען זאל זיי נישט חושד זיין‪ ,‬אז זיי‬ ‫והאדם צריך להתגבר תמיד שלא יבוא בלבו החמדה כלל אמנם כשבא האדם בעזהשי"ת‬ ‫למדת יוסף הצדיק היינו שמשלים עצמו במדת יסוד אז צריך לראות להעלות מדת החמדה‬ ‫ולהוסיפה אל הקדושה וז"ש נוהג כצאן יוסף דכשבא למדריגת יוסף הצדיק אז הוסיף מחמדי‬ ‫צריך לראות להוסיף מדת החמדה אל הקדושה יסד בציון א' חי יקרת יסודי שזה הוא יסוד‬ ‫הגאולה שנקרא קיבוץ נדחים כידוע והגאולה שלימה תלוי בזה‪ ,‬השי"ת יזכנו לגאולה שלימה‬ ‫במהרה‪.‬‬ ‫‪ -‬נח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫האבן חלילה פארלוירן זייער אמונה‪ ,‬האבן זיי אים געשיקט דעם וואונדערליכן לויב‬ ‫פון 'אמת ויציב'‪ ,‬און די אנשי כנסת הגדולה האבן דאס אריינגעשטעלט אין‬ ‫דאווענען‪ ,‬און מיר געפינען‪ ,‬אז דאס איז גאר א וויכטיג צו זאגן‪ ,‬און לגבי געוויסע‬ ‫דינים אפילו וויכטיגער ווי קריאת שמע אליינס (זע ברכות כא‪.).‬‬ ‫דער מדרש זאגט (ילקוט‪ ,‬בא‪ ,‬רמז קצא)‪ ,‬אז די גאולה העתידה וועט זיין אין זכות פון‬ ‫דעם וואס אידן ווארטן אויף די גאולה‪ ,‬און מען נעמט נישט אליין די גאולה בעפאר‬ ‫די ריכטיגע צייט‪.‬‬ ‫דאס איז די טיפע כוונה פון 'אמת ויציב'‪ ,‬אז די אידן פון טוליטולה האבן אים‬ ‫געשיקט‪ ,‬אז מיר ווילן בלייבן דא‪ ,‬און ליידן ווייטער פון די גלות‪ ,‬און אויסווארטן‬ ‫ביז דער אויבערשטער וועט אונז אויסלייזן‪ ,‬און דורכדעם וועט זיין "לעולם ועד" –‬ ‫אז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה וואס וועט זיין אויף אייביג‪ ,‬א‬ ‫נצחיות'דיגע גאולה‪ ,‬ווייל דורכדעם וואס מיר ווארטן דא אין גלות‪ ,‬און מיר זענען‬ ‫מקבל אויף זיך דעם עול פון די גלות‪ ,‬וועט דאס צוברענגען צו די נצחיות'דיגע‬ ‫גאולהלז‪.‬‬ ‫לז וזל"ק (חידו"ת מהרי"ט‪ ,‬לסוכות‪ ,‬עמ' קכא‪ ,‬יום שמח"ת לפני ההקפות שנת תשכ"ב)‪ :‬אמת ויציב ונכון‬ ‫וכו' וטוב ויפה הדבר הזה עלינו לעולם ועד‪ .‬יש להבין אומרו לעולם ועד דכבר אמר‬ ‫אמת ויציב ומובן שכל אמת קיים לעולם‪ .‬הנה ידוע דשבח זה תקנו אנשי טילטולה‬ ‫כאשר שלח עזרא הסופר אליהם לעלות לא"י ולא אבו לפי שידעו כי עתיד ביהמ"ק‬ ‫ליחרב ואין זה אלא פקידה ולא גאולה נצחית וכדי שלא יחשדו בהם שנתרופפה‬ ‫אמונתם שלחו לו את השבח הזה ואנכה"ג קבעו אותה בתפלה והחמירו בה מאוד‬ ‫‪ -‬נט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫חג הסוכות ושמיני עצרת‬ ‫‪‬‬ ‫יותר מק"ש דספק קרא ק"ש אינו חוזר ספק קרא אמת ויציב חוזר וקורא מפני שיש‬ ‫בה יצי"מ‪ .‬והנה ק"ז היש"מ זלה"ה בהפטרה לפ' שופטים פי' הפסוק כי לא בחפזון‬ ‫תצאו ובמנוסה לא תלכון כי הולך לפניכם ה' ומאספכם אלקי ישראל דגאולות‬ ‫הקודמות היו ע"י בשר ודם אבל גאולה העתידה תהי' רק ע"י הקב"ה בכבודו ובעצמו‬ ‫ולכן צריך לתקן הכל מקודם ובשביל כך נתארך הגלות עיי"ש וכבר הובאו דבריו‬ ‫לעיל‪ ,‬וידוע מה דאיתא בילקוט פ' בא (רמז קצ"א) דגאולה העתידה תהי' בזכות נטרונא‬ ‫כמ"ש והי' לכם למשמרת ופי' הזי"ר דהכוונה בזכות זה שממתינים על הגאולה ולא‬ ‫יטלו גאולה לפני הזמן וזה ששלחו לו אנשי טלטולה ויציב ונכון וכו' שאנו רוצים‬ ‫להשאר כאן ולסבול עול הגלות עד שיעלה רצון מאת הבוית"ש ועי"ז יהי' הדבר‬ ‫הזה עלינו לעולם ועד פי' שגאולה העתידה שאנו מצפים אלי' תהי' גאולה נצחית‬ ‫ע"י שאנו ממתינים כאן בגולה ומקבלים עלינו את עול הגלות באהבה זה יגרום‬ ‫שנזכה לגאולה נצחית‪.‬‬ ‫‪-‬ס‪-‬‬