יסודי הדת - יו"ט - אידיש · Yesoidei Hadas - Yom Tov - Yiddish — סוכות (2026-09-21)

וויאזוי צו נעמען די יסודי הדת פון די חודש תשרי
און די קומענדיגע סוכות -שמיני עצרת
פאר א קינד'ס פארשטאנד אויף למעשה
וויאזוי צו נעמען די יסודי הדת פון די חודש תשרי
און די קומענדיגע סוכות -שמיני עצרת
פאר א קינד'ס פארשטאנד אויף למעשה
יצא לאור ע''י
הוצאת
לבבי
מאנסי נוי יארק יע''א
בלתי מוגה
להערות והארות ולתיקונים
(845) 219-1143
mchs5783@gmail.com
האט איר אמאל געטראכט?
א .פארוואס קען א מענטש טון אלעס ריכטיג -און דאך זיך אויפעסן ווען
די זאך גייט נישט ווי ער האט געוואלט?
ב .וויאזוי קען מען נעמען אחריות מיטן גאנצן כח -אן צו שפירן אז די
גאנצע וועלט ליגט אויף די אייגענע פלייצעס?
ג .וואס איז דער איין טעות וואס מאכט א דורכפאל פיל שווערער צו
פארנעמען ווי דער דורכפאל אליין?
ד .פארוואס מאכט אונז אזוי נערוועז ווען אנדערע מענטשן פירן זיך נישט
ווי מיר ווילן -און וואס קען טוישן דעם גאנצן בליק?
ה .וויאזוי קען מען האבן גרויסע שאיפות און שטארקע רצונות -און דאך
נישט ווערן זייער קנעכט?
ו .קען דער זעלבער יסוד וואס לערנט א מענטש זיך מבטל זיין ,אים אויך
געבן מער רואיגקייט און בטחון?
ז .וואס איז דער חילוק צווישן "איך האב" און "איך האב באקומען"
-און פארוואס קען דער קליינער חילוק טוישן א מענטשנס גאנצע
שמחה?
ח .וויאזוי קען א טאטע אדער מאמע אינוועסטירן אלעס אין א קינד -
אן צו ווערן צעבראכן ווען דאס קינד גייט נישט ווי מען האט זיך
פארגעשטעלט?
ט .וואס האבן ראש השנה ,יום כיפור ,די סוכה און די ד׳ מינים מיט א
פשוטן דינסטאג אינמיטן יאר?
י .איז מעגליך איינצופלאנצן אין א קינד איין יסוד ,וואס וועט אים
באגלייטן אין פרנסה ,הצלחה ,דורכפעלער ,חינוך ,שלום־בית און אלע
אנדערע מצבים פון לעבן?
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ������������������������������������������������������ א
קונטרס
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת
וויאזוי צו נעמען די יסודי הדת פון די חודש תשרי און די קומענדיגע
סוכות שמיני עצרת פאר א קינד'ס פארשטאנד אויף למעשה
איך בין א נברא...
פון תשרי צו א יסוד אין חינוך און אין טאג־טעגליכן לעבן
א אידיש קינד הייבט נישט אן לערנען קבלת עול ווען ער ווערט עלטער.
פון וויגעלעא אן וואקסט ער אריין אין א לעבן וואס ווערט געפירט לויטן רצון ה׳.
שבת רירט מען נישט אן מוקצה ,פארן עסן מאכט מען א ברכה ,מען דאווענט ,מען
טוט מצוות ,און מען היט זיך פון וואס די תורה לאזט נישט.
אזוי וואקסט אין אים נאטורליך אריין דער ערשטער יסוד פון א איד וואס רופט
זיך אין די ספרי היסודב מיט'ן נאמען :כניעה -ביטול; נישט אלעס וואס איך וויל,
טו איך; דער רצון ה׳ קומט אלעמאל קודם ,און איך בין מבטלג מיין רצון פאר
רצון ה' .און דאס איז די הויפטד יסוד בעפאר אלעם .אבער באמת איז דאס א
לעבנסלענגליכע עבודה .מיט די יארן ווערן די רצונות שטערקער און די נסיונות
תלמוד בבלי מסכת סוכה דף מב :.תנו רבנן קטן היודע לנענע חייב בלולב להתעטף חייב א.
בציצית ,לשמור תפילין אביו לוקח לו תפילין ,יודע לדבר אביו לומדו תורה וקריאת שמע,
תורה מאי היא אמר רב המנונא תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב ,קריאת שמע מאי
היא פסוק ראשון.
ספר חובות הלבבות שער הכניעה. ב.
אבות פרק ב' משנה ד': ג.
הוא היה אומר ,עשה רצונו כרצונך ,כדי שיעשה רצונך כרצונו .בטל רצונך מפני רצונו ,כדי
שיבטל רצון אחרים מפני רצונך.
ספר חובות הלבבות -השער הששי -שער הכניעה -הקדמה :הנחוץ שבדברים ...והיא - ד.
הכניעה ,ומפני שנתברר לנו עוד ,שהיא שורש העבדות...
ב ������������������������������������������������������ סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
גרעסער ,און מען דארף כסדר ארבעטן אויף זיךה .אמאל איז דער נסיון אין
סור מרע -זיך אפהאלטן פון עפעס וואס מען וויל ,ביי א קליינעם נסיון אדער
א גרויסן .און אמאל איז עס אין עשה טוב -טון וואס איז ריכטיג ווען עס איז
שווער ,מוותר זיין ,אננעמען א מצב ,אדער אוועקלייגן דעם אייגענעם רצון פארן
רצון ה׳ו .
די אויסטערלישע עפעקט פון בויען קינדער מיט די ריכטיגע
ביטול לה'
אט די עבודה ,איז נוגע ביים גאנצן הלוך ילך פונ'ם מענטש ,און נישט נאר ביי
קיום המצוות .ווייל ווען דער חשבון פון ביטול איז ריכטיג געבויעט אינעם מענטש,
קען עס אים שפארן גאר אסאך צער ,עגמת נפש ,ספיקות ,און נפשיות׳דיגע
שוועריגקייטן -ברוחניות און בגשמיות.
אסאך פון דעם מענטשנס שוועריגקייטן ווערן אסאך שטערקער ,ווען ער קען נישט
אננעמען אז דער מצב ,די תוצאה ,אדער דער רצון פונעם צווייטן ,גייט נישט אזויווי
ער האט געוואלט .ווען עס איז אבער איינגעוואקסן אין אים אז ער איז א נברא ,אז
זיין תפקיד איז צו טון זיין חלק און נישט אלעס דארף זיך אויספירן לויט זיין רצון,
קען ער פיל רואיגער און קלארער דורכגיין די שוועריגקייטן פונעם לעבן.
איז ביטול צו א גרויסע מדריגה פאר יונגע קינדער?
מען דערציילט פון א גר צדק ,אז ווען מען האט אים געפרעגט וועלכע מצוה עס
איז אים געווען די שווערסטע זיך צוגעוואוינען ,האט ער געענטפערט :מוקצה
אום שבת.
רבינו יונה -משלי פרק כד פסוק ל :דברים הצריכים לנפשותיכם ,כדרך החרישה וההשקאה ה.
להצמיח הזרע והוא מזגו במצוע הארץ .התבונן בזה ,כי הנה תולדת הארץ מצלחת בעבודת
האדם ,וכן תולדת הנפש תצליח בגדול ולמוד והנהגה וכו' ,ואם לא יגדלם ויניח התאוה על
דרכה ועל תאותה ותולדתה תשחת הנפש במידותיה ויפסד השכל ,וגם הגוף יספה ויאבד
ביתרון המאכל והמשגל ,אף כי יאבדו הנפש והגוף בחטאים ובעונשים.
ספר ליקוטי תורה -פרשת בלק :כד אתכפיא סט"א להיות בטל רצונך מפני רצונו כו' בסור ו.
מרע ועשה טוב בבחי' עשי' גשמיות במעשה המצות וסור מרע.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ������������������������������������������������������� ג
דער חשבון איז פשוט .וואס פאר אים איז געווען א נייע עבודה ,איז פאר א קינד
וואס וואקסט דערמיט אויף כמעט א נאטורליכער סדר החיים .פון קליינווייז אן
האט זיך אין אים איינגעווארצלט :שבת -דאס רירט מען נישט אן.
דאס זעלבע קען די חינוך אויפטון מיט דעם טיפן יסוד פון ביטול .הגם ,מען קען
נישט אוועקנעמען די נסיונות וואס וועלן קומען שפעטער ,אזוי ווי יעדע זאך אין
לעבן ,אבער מען קען שוין אין די קינדער־יארן בויען דעם מהלך המחשבה מיט
וועלכן ער וועט באגעגענען די נסיונותז .ביי זיינע יעצטיגע קליינע נסיונות קען ער
זיך געוואוינען צו פרעגן ,נישט בלויז וואס וויל איך? ,נאר אויך :וואס וויל דער רבונו
של עולם פון מיר?
חודש תשרי -די עבודה פון ביטול
און דווקא אין חודש תשרי זעט מען וויאזוי די תורה לערנט אונז אויס צו בויען
דעם מענטש ריכטיג אין דער נקודה .ראש השנה ,יום כיפור ,סוכות און שמיני
עצרת נעמען דעם אויבנדערמאנטן חשבוןח ,און ברענגען אים אריין ,שטאפל
נאך שטאפל ,אין פארשידענע חלקים פונעם מענטשנס לעבן ,אזויווי ווייטער
ערקלערט .און ווען דער זעלבער חשבון ווערט דערנאך ווייטער געהאלטן לעבעדיג
אין דער טאג־טעגליכער שפראך פון חינוך ,קען עס ביסלעכווייז ווערן א טייל פון
זיין נאטורליכן וועג פון טראכטן.
דער יסוד אונטער דעם אלעם איז איין פשוטע הכרה:
איךט בין א נברא ,און דער רבונו של עולם איז דער בורא.
ספר שבט מוסר -פרק יז :ובלי ספק מי שממלא רצון הקטן סופו יעלה למדת הגאוה. ז.
ספר ליקוטי תורה -דרושים לשמ"ע :והנה סדר העבודה צ"ל תחלה ראש השנה שזה היום ח.
תחלת מעשיך זכרון ליום ראשון ,ובחי' ר"ה הוא בחי' שמאלו תחת לראשי בחי' שמאל דוחה
כו' ,וכן סדר עבודת האדם תחלה היא בבחי' שמאל דוחה כו' בבחינת ריחוק ,דהיינו שידמה
בנפשו כאלו הוא רחוק מה' ,וכמאמר רז"ל היה בעיניך כרשע ,ועל דרך זה נתקנו כל הוידוים
והסליחות קודם ר"ה ובעשי"ת ,לראות בעצמו כל הפחיתות שבו להיות שפל בעיניו ולב
נשבר ונדכה על עוצם ריחוקו מה'.
רמב"ן על שמות פרק יג פסוק טז: ט.
ואין אל עליון חפץ בתחתונים מלבד שידע האדם ויודה לאלהיו שבראו ,וכוונת רוממות הקול
בתפלות וכוונת בתי הכנסיות וזכות תפלת הרבים ,זהו שיהיה לבני אדם מקום יתקבצו ויודו
ד ������������������������������������������������������ סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
פרק א
איידער מען לערנט דעם קינד וואס צו טון,
בויט מען אין אים ווער ער איז
דער יסוד וואס שטעלט אלע פרטים אויף זייער פלאץ
א קינד לערנט במשך די יארן הונדערטער ידיעות :אמונה ,תורה ומצוות ,תפילה,
בטחון ,מידות ,יראת שמים און נאך .אבער אונטער די אלע פרטים דארף זיך בויען
איין פשוט'ע הכרה ,וואס שטעלט דעם מענטש אליין אויף זיין ריכטיגן פלאץ:
איך בין א נברא ,און דער רבונו של עולם איז דער בורא.
דאס מיינט:
איך האב זיך נישט אליין באשאפן .מיין לעבן ,מיין גוף ,מיין שכל ,מיינע כוחות
און די וועלט אין וועלכער איך לעב -אלעס איז פונעם בורא .איך בין נישט
אריינגעקומען אין אן אייגענער וועלט ,און דערנאך באקומען הוראות פונעם
רבונו של עולם וויאזוי זיך צו פירן דערין .מיין גאנצע מציאות איז א באשאפענע
מציאות; איך אליין בין זיין נברא.
ווען דער יסוד זיצט גוט ,באקומען אלע אנדערע ידיעות א פלאץ .תורה ומצוות
זענען נישט בלויז זאכן וואס מען דארף צולייגן צום לעבן; זיי זענען דער וועג
וויאזוי א נברא לעבט אין דער וועלט פונעם בוראי .
לאל שבראם והמציאם ויפרסמו זה ויאמרו לפניו בריותיך אנחנו,.
בספר חובת הלבבות בונה כל סדר עבודת האדם בדרך זו :בשער היחוד כתב :יחוד האלהים י.
בלב שלם שרשה ויסודה ...והוא ראש אמתת הדת; ובפתיחת שער הבחינה :מפני שהקדמנו
בשער הראשון אופני יחוד האלהים בלב שלם ...התחייבנו להדביקו אליו; ובפתיחת שער
עבודת האלקים :מפני שביארנו במה שעבר חיוב יחוד האלהים בלב שלם ,ואופני בחינת
טובותיו על האדם ,התחייבנו לזכור אחר כך מה שהאדם חייב לנהוג בו כשיתברר אצלו ,והוא
קיבול עבודת האלהים ...שער הבטחון :מפני שקדם מאמרנו בחיוב קבלת עבודת האלקים
ראיתי להביא אחריו ...הבטחון עליו בכל דבריו ...וכן להלאה בשאר שעריו.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ������������������������������������������������������ ה
פון וואס וויל איך? צו וואס וויל דער בורא פון מיר?
א קינד ווערט נאטורליך געבוירןאי מיט זיינע רצונות .ער וויל אז זאכן זאלן גיין ווי
ער האט געוואלט ,אז מענטשן זאלן זיך פירן ווי עס שמעקט אים ,און אז וואס ער
פרובירט זאל מצליח זיין.
דאס איז נאטורליך .אבער חינוך קען ביסלעכווייז צולייגן א טיפערן חשבון :מיין
רצון איז נישט דער לעצטער ווארט.
איך בין א נברא .דער רבונו של עולם האט מיר געגעבןבי א שכל ,א רצון און כוחות,
און איך דארף זיי טאקע נוצן .אבער די כוחות זענען מיר געגעבן געווארן פאר א
תפקיד .דעריבער איז נישט די איינציגסטע שאלה וואס וויל איך? ,נאר אויך :וואס
וויל דער רבונו של עולם פון מיר אין דעם מצב?
דאס איז דער הויפט יסוד פון עבודת ה' .ווען דער מענטש ווייסט אז ער איז
דא אויף דער וועלט אויפצובויען זיין רצון זאל ווערן צו טון בלויז דער רצון ה'
אויף טריט און שריט .און אפילו ער האלט נאכנישט דארט זאל ער געדענקען
דעם צילגי ,אז אויך זיין רצון דארף זיין אונטער דעם בורא.
אי .בתוה"ק פרשת נח :כי יצר לב האדם רע מנעריו
וברבנו בחיי שם (ח ,כא) :יצר הרע גדול מיצר הטוב שלש עשרה שנה .וכן אמר שלמה ע"ה
(קהלת ד ,יד) כי מבית הסורים יצא למלוך ,כי משעה שהוא יוצא מבית הרחם ששם אסור
ומוסגר כאדם המוסגר בבית האסורים מיד הוא רוצה למלוך והוא מבקש פי הדד ונמשך
אחר התאוות.
בי .ספר חובות הלבבות -שער עבודת האלהים -פרק ט :ומחכמת הבורא יתעלה ,ברא לך העולם
הזה בכל אשר בו מקופא וצומח וחי על סדר מתוקן והנהגה נכונה ,והכל מתוקן לתועלתך,
ובחר לך מסגולות יסודותיו היכל מתוקן ,דומה לעולם בשרשיו ותולדותיו ותכונתו ,ופתח
לך בו חמשה שערים אל העולם ,והפקיד עליהם חמשה שוערים מנאמניו .והשערים הם כלי
החושים ...המידות הנפשיות ,כהשמחה והדאגה ,והששון והיגון ,והזכרון והשכחה ,והחכמה
והסכלות ,והגבורה והמורך ,והנדיבות והכילות ,והצדק והרשע ,והבושת והעזות ,והתקוה
והיראה ,והאהבה והשנאה ,וההנאה והצער ,והגאוה והענוה ,והשררה והשפלות ,והרבה כאלו
ממה שאת משתמשת בהן במצפונך ...והתיר לך להשתמש בכולם בתקנת גופך ובכל מה
שהשליטך לעשותו בעולם הזה על פנים ידועים ובענינים מיוחדים ,והם כל המצוות השכליות
והשמעיות והמותרות.
ספר חובות הלבבות -שער הכניעה -פרק ב גי.
ו ������������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
דער יסוד טוישט זיך וויאזוי מען נעמט אויף א נסיון
דער חילוק ווערט זייער שטארק ווען עפעס גייט נישט ווי געוואלט.
צום ביישפיל .א קינד האט זיך אנגעשטרענגט און נישט מצליח געווען .א חבר
האט זיך געפירט אנדערש ווי ער האט געוואלט .ער האט געוואלט עפעס זייער
שטארק און מ'האט אים געזאגט ניין .אדער ער שטייט פאר א מצוה וואס איז אים
יעצט שווער.
אויב דער גאנצער חשבון הייבט זיך אן ביי איךדי -וואס איך האב געוואלט ,וואס
איך האב געפלאנט ,וואס איך האב ערווארטעט -שפירט זיך יעדע שטערונג ווי
עפעס וואס האט צעשטערט זיין וועלטוט .
אבער ווען אינעווייניג זיצט דער יסוד איך בין א נברא ,קומט אריין א נייע שאלה:
וואסזט איז יעצט מיין תפקיד?
אפשר דארף איך נאכאמאל פרובירן .אפשר דארף איך פאררעכטן וואס איך האב
נישט גוט געטון .אפשר דארף איך יעצט מוותר זיין .און אפשר דארף איך אננעמען
אז איך האב געטון וואס איך קען ,און דער תוצאה איז נישט אין מיינע הענט.
די .ספר ליקוטי תורה -פרשת אחרי:
וכל סטרא דקליפה הוא רק בחי' יש ,הקנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם,
וכבוד חכמים ינחלו .שמי שהוא בבחי' חכמה ,כח מ"ה ,אין הכבוד עושה אותו יש ,ולכן מפני
שיבה תקום וכן ועשית בגדי קדש לאהרן אחיך לכבוד כו' ,משא"כ מי שאינו בבחי' כח מ"ה,
יכול להיות נמשך לבו אחר הכבוד ,ונעשה יש וגס רוח .וזהו עיקר עבודה זרה"ז שמחשיב א"ע
ליש ,דקרו לי' אלקא דאלהא ,ולכן ארז"ל מי שיש בו גסות הרוח כו'.
וט .ספר ליקוטי תורה -פרשת אחרי :וכל סטרא דקליפה הוא רק בחי' יש ,הקנאה והתאוה והכבוד
מוציאין את האדם מן העולם ,וכבוד חכמים ינחלו .שמי שהוא בבחי' חכמה ,כח מ"ה ,אין הכבוד
עושה אותו יש ,ולכן מפני שיבה תקום וכן ועשית בגדי קדש לאהרן אחיך לכבוד כו' ,משא"כ מי
שאינו בבחי' כח מ"ה ,יכול להיות נמשך לבו אחר הכבוד ,ונעשה יש וגס רוח .וזהו עיקר עבודה
זרה שמחשיב א"ע ליש ,דקרו לי' אלקא דאלהא ,ולכן ארז"ל מי שיש בו גסות הרוח כו'.
זט .ספר ליקוטי תורה -פרשת ויקרא:
שאין קרבן נפש הבהמיתה"ב עולה לרצון אא"כ תתהפך למעלת ומדרגת הביטול דנפש
האלקית ממש ,ובאמת זהו דבר הקשה כי הנה"א היא חלק אלוה ממעל שנלקחה מפנימיות
העולמות ,וע"כ יש בה בחי' הביטול האמיתי בטבעה להשתפך בחיק אביה אור א"ס ב"ה,
משא"כ בנה"ב שלוקחה מק"נ כו'.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ������������������������������������������������������� ז
דער יסוד נעמט נישט אוועק אחריות .פונקט פארקערט :ער לערנט דעם מענטש
צו נעמען אחריות אויף דעם וואס איז באמת זיין תפקיד -אן זיך צו מאכן פארן
בעל־הבית אויף דעם וואס איז נישט אין זיינע הענט.
פון דער הכרה פונעם נברא וואקסט ביטול
דא הייבט זיך אן ביטול אויף א נאטורליכן אופן.
דער קינד ווערט געוואויר אז ער האט א נשמה ,א שכל ,כוחות ,מעלות און א
תפקיד .אבער אלעס וואס ער איז ,איז ער נאך אלץ א נברא פונעם בורא.
דעריבער דארף מען נישט צעברעכן זיין רצון; מען דארף אים אויסלערנען פון
וועם עס קומט זיין רצון ,און וויאזוי איר צו נוצן ריכטיג .איך מעג וועלן ,פלאנען,
ארבעטן און שטרעבן .אבער מיין רצון קען נאר גיין לויטן רצון ה' ,און ווען מיין רצון
טרעפט זיך אנדערש פונעם רצון ה' ,ווייס איך ווער פירט וועמען -דער רצון ה' איז
אלעמאל קובע.
טראצדעם וואס דאס קען זיך הערן ווי מדריגות -קען מען דאס דורך א ריכטיגע
חינוך אין די יונגע יארן -אנטוויקלען אלץ א זעלבסט-פארשטענליכע פאקט
אין א קינד'ס לעבן ,ווען ער וועט דאס פשוט דעוועלאפן אלץ א נאטורליכע
מהלך המחשבה.
וויבאלד א קינד קען ביסלעכווייז אנטוויקלען א זייער פשוטן אינערליכן חשבון:
איך דארף זיך לאזן פירן .איך דארף טון וואס דער רבונו של עולם וויל -נישט ווייל
איך האב נישט קיין רצון ,נאר ווייל דער בורא האט מיר געגעבן מיין רצון זיך צו פירן
לויט זיין רצון -וויבאלד איך בין זיין נברא.
אבער דער נברא דארף אויך וויסן אין וועמענס גוטע הענט ער ליגט
דא קומט אבער צו נאך א וויכטיגע חלק.
אויב א קינד הערט נאר :דו ביסט נישט בעל־הבית; דו דארפסט זיך אונטערגעבן,
קען די גאנצע הכרה ווערן שווער און קאלט .דעריבער ,צוזאמען מיט דער הכרה
'איך בין א נברא' ,דארף וואקסן נאך א הכרה:
ח ������������������������������������������������������ סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
דערזי בורא וואס האט מיר באשאפן איז מטיב מיט מיר.
מען לערנט דעם קינד צו באמערקן וואס ער באקומט .דאס לעבן זעלבסט .זיין
משפחה .עסן און טרינקען .זיין שכל און זיינע כוחות .א שבת ,א יום טוב ,תורה,
א גוטע מינוט ,א הצלחה .נישט אלעס אין לעבן איז גרינג ,אבער זיין עצם מציאות
איז ארומגענומען פול מיט טובות וואס ער האט זיך נישט אליין געגעבן.
און דא טוישט זיך דער גאנצער בילד.
איך בין נישט בלויז א נברא וואס איז נישט בעל־הבית .איך בין א נברא וואס ליגט
אין די הענט פונעם בורא וואס גיבט מיר מיין גאנצע מציאות.
פון ביטול קען יעצט וואקסן בטחון
ווען די צוויי הכרות וואקסן צוזאמען -איך בין א נברא ,און דער בורא איז מטיב
מיט מיר -באקומט דער קינד א יסוד וואס קען אים באגלייטן א גאנצן לעבן.
וועןחי עס גייט גוט ,ווייסט ער וועמען צו דאנקען.
ווען ער האט א כח ,א טאלאנט ,ווייסט ער אז דער כח איז א מתנה וואס ער
דארף נוצן.
ווען ער דארף טון עפעס שווער ,ווייסט ער אז זיין רצון איז נישט דער
איינציגסטער חשבון.
און ווען עפעס גייט נישט ווי געפלאנט ,דארף ער נישט שפירן אז די גאנצע
וועלט פאלט אים צוזאם .ער איז קיינמאל נישט געווען דער וואס דארף פירן די
גאנצע וועלט.
זיין תפקיד איז צו טון זיין חלק .דער בורא פירט זיין וועלט.
ספר חובות הלבבות -השער השני -שער הבחינה -הקדמה :ה זי.
טובות האל יתעלה על ברואיו ,ואם הן כוללות את כולם ,כמו שאמר הכתוב (תהלים קמה ט):
טוב ה' לכל ,רובם כעיורים מהכירן ומהבין גודל מעלותן ,ואינם משכילים ענינן.
חי .ספר חובות הלבבות -שער הבטחון -פרק ה :הבוטח באלהים ,רוצה בדינו בכל עניניו ,ומודה
לו על הטובה ועל הרעה ,כמו שאמר (איוב א כא) :ה' נתן וה' לקח יהי שם ה' מבורך ,וכמו
שכתוב (תהלים קא א) :חסד ומשפט אשירה,
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ������������������������������������������������������ ט
אזוי ווערן ביטול און בטחון נישט צוויי באזונדערע לימודים .זיי וואקסן ביידע
ארויס פון דעם זעלבן יסוד :איך ווייס ווער איך בין ,איך ווייס ווער דער בורא איז -
און דערפאר ווייס איך וויאזוי א נברא דארף לעבן אין זיין וועלטטי .
פרק ב
ראש השנה און יום כיפור :דער יסוד הייבט אן צו ווערן א לעבן
ביז אהער האבן מיר געשטעלט דעם יסוד :דער רבונו של עולם איז דער בורא,
און איך בין זיין נברא .מיין עצם מציאות ,מיינע כוחות און אלעס וואס איך האב,
קומען פון אים; און דערפאר האט מיין לעבן א תפקיד -צו דינען דעם בורא מיט
די כוחות וואס ער האט מיר געגעבן.
אבער א יסוד קען בלייבן א שיינע ידיעה .דער עיקר חינוך איז אז דער קינד זאל עס
איינזאפן און אנהייבן לעבן דערמיט.
דא קומט דער מהלך פון די ימים טובים פון תשרי .שטאפל נאך שטאפל ווערט
דער יסוד פון בורא און נברא מער ממשות׳דיג :ראש השנה שטעלט דעם מלך
אין צענטער; יום כיפור ברענגט דעם שיעבוד אריין אינ'ם גוף און רצון; און סוכות
נעמט דעם זעלבן יסוד אריין אין דעם מענטשנס שטוב ,פארמעגן ,שמחה און
גאנצן סדר החיים.
ראש השנה -דער בורא ווערט מיין מלך
דער ערשטער טריט איז ראש השנה.
עס איז נישט גענוג אז א קינד ווייסט אז דער רבונו של עולם האט באשאפן
די וועלט .די ידיעה דארף -דורך די עבודה פון ר"ה -באקומען א פערזענליכן
באדייט :אויב ער איז דער בורא און איך בין זיין נברא ,איז ער מיין מלך און איך בין
אונטער זיין מלכותכ .
טי .כל היסודות מבוארים היטב שם בחובת הלבבות ובפרק ו ,ובשער יחוד המעשה,
שער הבטחון.
ראש השנה ט''ז ע''א .:אמרו לפני בר''ה מלכיות זכרונות ושופרות; מלכיות -כדי שתמליכוני כ.
י ������������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
דא ווערט דער יסוד פון בורא-נברא א יסוד פון עבודה.
דהיינו ,א קינד האט א רצון .ער האט זאכן וואס ער האט ליב ,זאכן וואס ער וויל
נישט ,און א גאנצן אייגענעם וועלט .דאס איז נישט קיין סתירה צו עבודת ה׳ .דער
חינוך איז אז אינעם זעלבן קינד זאל זיך בויען נאך א חשבון -א הויפט חשבון :איך
האב א רצון -אבער העכער פון מיין רצון איז דא דער רצון פונעם מלך.
ווען ער דארף טון א מצוה וואס איז אים יעצט נישט געשמאק ,אדער זיך אפהאלטן
פון עפעס וואס ער וויל ,איז דאס נישט בלויז א כלל אז ''מען טאר נישט" .ער
לערנט זיך א יסוד אין זיין גאנצער מציאות:
איך בין א נברא .איך לעב פארן בורא .דערפאר איז זיין רצון דער צענטער פון מיין
לעבן.
יום כיפור -אויך דער גוף ווערט א חלק פון דעם חשבון
יום כיפור נעמט דעם זעלבן יסוד א טריט ווייטער.
ראש השנה קען נאך בלייבן אין מחשבה ,תפילה און קבלת מלכות .יום כיפור
ברענגט די עבודה אריין אין דעם מענטש אליין -אין זיין גוף ,אין זיינע תאוות און
אין זיינע שטארקע רצונות.
דער מענטש איז הונגעריג ,און ער עסט נישט .ער איז דארשטיג ,און ער טרינקט
נישט .דער גוף זאגט זייער קלאר וואס ער וויל -און דער מענטש לערנט אז א
שטארקער רצון איז נאך נישט דער בעל־הבית.
דאס איז א געוואלדיגער יסוד פאר א קינד.
א קינד לערנט זיך אויס אז הגם דער גוף איז אויך א מתנה פונעם בורא און מען
עליכם ,זכרונות -כדי שיעלה זכרוניכם לפני לטובה ובמה -בשופר.
ובטעם השופר כתב רב סעדי'ה גאון טעם א -מפני שהיום תחלת הבריאה שבו ברא הקב''ה
העולם ומלך עליו ,וכן עושים המלכים בתחלת מלכותם...
וכן אנו ממליכין עלינו את הבורא יתברך ביום זה.
רמב''ם הלכות שופר ג' ט' ::שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד; אתה הראת לדעת ...וידעת היום
והשבת אל לבבך ...כל פסוק מאלו מלכות הוא ענינו ,אף על פי שאין בו זכר מלכות.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ����������������������������������������������������� אי
דארף אים היטן .אבער עס איז דא א סדר :איך האב א גוף; איך בין נישט געפירט
דורכן גוף.
איך קען זיין מיד און נאך אלץ רעדן שיין .איך קען זיין אויפגערעגט און נישט טון
אלעס וואס דער כעס הייסט מיר .איך קען עפעס זייער שטארק וועלן און דאך
פרעגן וואס איז ריכטיג.
אזוי גייט די הכרה פון בורא-נברא אריין א טריט טיפער .נישט בלויז דער רבונו של
עולם איז דער מלך ,נאר :אויך איך ,מיט מיין גוף און מיט מיינע רצונות ,בין מחויוב
אין זיין עבודהאכ .דער מציאות פונעם טאג יום כיפור ,מ'עסט נישט ,מ'פייניגט
דעם גוף ,און מען געבט זיך אינגאנצן אוועק פארן רצון ה' ,העלפט אריינברענגען
אט די ידיעה ,אז די גוף זאל שפירן אונטערטעניגט אונטערן אמת'ן בעל הבית און
מלך ,און אזוי אנקומען צו א טיפע נאנטקייט פון זיך שפירן אלץ דער נברא וואס
דאס ברענגט דעם מענטש צו א נאנטע דביקות מיטן באשעפערבכ .
און יעצט קען מען אריינגיין אין סוכה
דא קומט סוכות און עפנט א נייעם שטח.
ראש השנה האט געשטעלט דעם מלך אין צענטער .יום כיפור האט געלערנט דעם
מענטש אז אויך זיין גוף און רצון זענען נישט דער לעצטער בעל־הבית.
אבער דער מענטש לעבט נישט בלויז אין זיין גוף .ער בויעט זיך א גאנצע וועלט
ארום זיך :א שטוב ,פארמעגן ,זיכערקייט ,הצלחה און קביעות.
און פונקט אהין נעמט אים יעצט די סוכה.
אכ .זוהר הקדוש רעיא מהימנא :פקודא דא להתענות ביום הכיפורים ,לאכנעא גופא ונפשא.
בכ .ספר החינוך מצוה שי''ג :ולכן נצטוינו להתענות בו ,לפי שהמאכל והמשתה ויתר הנאות חוש
המשוש יעוררו החומר להמשך אחר התאוה והחטא ...ואין ראוי לעבד ביום בואו לדין לפני
אדוניו לבא בנפש חשוכה ומעורבבת מתוך המאכל והמשתה ...ע''כ טוב לו להגביר נפשו
החכמה ולהכניע החומר לפניה באותו היום הנכבד...
בי ����������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
פרק ג
סוכה :דער נברא ווערט ארויסגענומען פון זיין אייגענער קביעות
נאך ראש השנה און יום כיפור קומט סוכות און נעמט דעם יסוד פון בורא-נברא
אריין אין דער ממשות׳דיגער וועלט פונעם מענטש.
דער ערשטער פלאץ וואו די תורה רירט אן ,איז דער מקום אין וועלכן ער לעבט.
א מענטש בויעט זיך א דירת קבע .דא איז זיין פלאץ ,דא זענען זיינע זאכן ,דא האט
ער זיין סדר ,און דא שפירט ער זיין זיכערקייט .מיט די יארן קען דער מקום אליין
געבן דעם מענטש א געפיל פון קביעות :דא שטיי איך; דאס איז מיין וועלט.
און דווקא דעם יסוד רירט די סוכה אן.
צא מדירת קבע -דער מקום פונעם מענטש ווערט צעשאקלט
פאר זיבן טעג זאגט די תורה פארן מענטש :גיי ארויס פון דיין דירת קבע און זיץ
אין א דירת עראיגכ .
דער מענטש אליין איז דער זעלבער מענטש .אבער דער מסגרת ארום אים
ווערט געטוישט.
ער עסט אין אן אנדערע מקום ,פארברענגט אין אן אנדערע מקום ,און מאכט זיין
דירה אונטער א סכך .די קביעות וואס ער האט במשך פונעם יאר אויפגעבויט
ווערט פאר א קורצע צייט צעשאקלט.
און דא ווערט דער יסוד פון נברא זייער לעבעדיג:
גכ .סוכה ב' ע''א .:אמרה תורה כל שבעת הימים צא מדירת קבע ושב בדירת עראי.
טור או''ח תרכ''ה ::והיא המורה על אמיתת מציאות הבורא יתעלה ,שהוא ברא הכל לרצונו,
והא אשר לו הכח והממשלה והיכולת בעליונים ובתחתונים לעשות בהן כרצונו ,ואין מי
שיאמר לו מה תעשה כאשר עשה עמנו בהוציאו אותנו מארץ מצרים באותות ובמופתים...
ואנחנו יוצאין מן הבית לישב בסוכה ,בזה יראה לכל שמצות המלך עלינו לעשותה.
ב''ח שם :כיון דכתיב למען ידעו ,כו' לא קיים המצוה כתיקונה אם לא ידע כוונת מצות הסוכה
כפי פשטה...
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ������������������������������������������������������ גי
מייןדכ מקום איז נישט מיין עצם מציאות .מיין קביעות איז נישט מיין אייגענע
באשעפעניש .אויך דער פלאץ אין וועלכן איך לעב איז מיר געגעבן געווארן פונעם
בורא.
דער נברא בויעט -אבער דער בורא גיבט אים דעם פלאץ
דער לימוד פון סוכה איז נישט אז א מענטש זאל נישט בויען קיין קביעות .ער
דארף א שטוב .ער דארף סדר .ער דארף השתדלות ,און ער דארף האבן פאר זיך
און פאר זיין משפחה א געזונטע מקום צו לעבן.
אבער ווען ער בויעט ,דארף ער וויסן וואס ער טוט:
איךהכ בוי אין דער וועלט פונעם בורא.
איך מאך א דירה ,אבער דער עצם מקום ,דער כח צו בויען ,די מעגליכקייט דארט
צו וואוינען ,און די שמירה וואס איך האב דערין -אלעס איז א מתנה.
דורכדעם ,קען דער מענטש ארויסגיין פון זיין קבע ,און נאכדעם צוריקקומען
אהין מיט א קלארערן בליק :איך האב א מקום; אבער דער מקום האט מיר נישט
געמאכט פארן בעל־הבית פון דער מציאותוכ .
דכ .ספר בינה לעיתים -חלק א -דרוש ג ליום ב של סוכות:
ומוסיפים עוד לרמוז ,צא מדירת קבע ,שלא יחשוב העוה"ז להיות לו לבית מושב אלא
כסוכה ,דירת עראי כאורח נטה ללון.:
הכ .ספר עקידת יצחק -שער סז:
והנה להיות זאת הכוונה המיוחדת בזה החג ,באו הסימנים והרשמים בו באופן שלא תוכל
להתעלם .ראשונה ,בשם החג הזה וגדרו חג הסכות ,אשר בו יעזבו האנשים כל ענייני הכסף,
אשר לכסף לכסף ,ואשר לזהב לזהב ,סחורות ורוב תבואות ,וכל מדי דאקרי נכסים ,ויוצאין
אל סוכה קטנה זו ,אשר אין בה רק ארחת יום ביומו ,ועל הרוב מטה ושלחן וכסא ומנורה,
שהוא התעוררות נפלא לשלא יתעסק האדם להרבות מאלו הקניינים ,כי די בהכרחי לבד ,כל
ימי היותו בפרוזדור הזה שהיא דירת עראי ,כמו שאמר התנא (אבות פרק ד משנה טז) העולם הזה
דומה לפרוזדור בפני העולם הבא וכו' ,...הענין השני שצריכה להיות תחת השמים ,ולא יהיה
סכך אחר מבדיל (סוכה ט ,ב) כלומר ,הבט מה למעלה ממך השמים ושמי השמים וכל צבאם,
וראה מי ברא אלה ,וקבל עליך עול מלכות שלמה.
וכ .יערות דבש חלק א' דרוש ו' :ויעצה לנו התורה בסוכות ...צא מדירת קבע ושב בדירת
עראי ...אבל האיש הירא וחרד לדברו של מלך מלכו של עולם ...כל השנה יהיה לו הכל
לדירת עראי.
די ����������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
און נאכדעם וואס סוכות האט גערירט דעם מקום פונעם מענטש ,גייט די תורה א
טריט נענטער -צום מענטש אליין.
פרק ד
די ד׳ מינים :דער מענטש אליין מיט זיינע כוחות געהערט צום בורא
די סוכה האט גערירט די וועלט ארום דעם מענטש .די ד׳ מינים נעמען דעם לימוד
אריין אין דעם צוזאמשטעל פונעם מענטש אליין.
סוכות איז א צייט פון שמחה .דווקא ווען דער מענטש פריידט זיך מיט דער ברכה
וואס ער האט באקומען ,האט דער באשעפער אונז געגעבן די ד׳ מינים -זאכן
וואס זענען אליין משמחזכ -כדי די שמחה זאל אים צוריק דערמאנען פונעם בורא
און זיך ווענדן צו אים.
אין די ד׳ מינים ליגט נאך א נקודה :זיי שטעלן פאר די הויפט אברים און כוחות
פונעם מענטש -הארץ און שכל ,גוף ,אויגן און מויל -און דערמאנען אים אויך
אינמיטן שמחה ,אז ער זעלבסט ,מיט אלע זיינע כוחות ,איז א נברא פונעם בורא.
און אויך די נענועים פירן צום זעלבן געדאנק :מען ווענדט די מינים ארויף און
אראפ און צו אלע פיר זייטן ,און דערמאנט זיך אז אלעס ארום אים ,אין יעדע
ריכטונג ,איז פונעם בורא און ווערט געוואנדן צו איםחכ .
זכ .כמבואר בספר החינוך המובא להלן.
חכ .ספר החינוך מצוה שכ''ד :וכמו כן מצות הלולב עם ג' מיניו ,מזה השורש הוא .לפי שימי
החג הם ימי השמחה גדולה לישראל ,כי הוא עת אסיפת התבואות ופירות האילן בבית ,ואז
ישמחו בני אדם שמחה רבה .ומפני כן נקרא חג האסיף .וציוה הקל לעמו לעשות לפניו חג
באותו העת ,לזכותם להיות עיקר השמחה לשמו יתברך .ובהיות השמחה מושכת החומר
הרבה ומשכחת ממנו יראת אלקים בעת ההיא ,ציונו השם יתברך לקחת בין ידינו דברים
המזכירים אותנו כי כל שמחת ליבנו לשמו ולכבודו .והיה מרצונו להיות המזכיר מין המשמח,
כמו שהעת עת שמחה ,כי צדק כל אמרי פיו .וידוע מצד הטבע כי ארבעת המינים כולם
משמחי לב רואיהם.
ועוד יש בארבעת מינים אלו עניין אחד ,שהן דומין לאיברים היקרים שבאדם (ויקרא רבה ,פ'
ל; תנחומא אמור יט) .שהאתרוג דומה ללב שהוא משכן השכל ,לרמז שיעבוד בוראו בשכלו.
והלולב דומה לשדרה שהיא העיקר שבאדם ,רמז שיישר כל גופו לעבודתו ברוך הוא .וההדס
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ����������������������������������������������������� וט
נישט בלויז וואס האב איך? -נאר ווער בין איך?
דא ווערט דער יסוד טיפער.
ביי דער סוכה רעדט מען פון דעם וואס איז ארום מיר :מיין מקום ,מיין שטוב,
מיין קביעות.
ביי די ד׳ מינים קומט דער חשבון נענטער :איך אליין.
דער מענטש האט א קאפ מיט וואס ער טראכט .אויגן מיט וואס ער קוקט .א
מויל מיט וואס ער רעדט .א גוף מיט וואס ער טוט .ער האט אייגנארטיגע כוחות,
מעלות און פעאיגקייטן.
און אויך אויף דעם דארף ער וויסן :איך האב דאס נישט אליין באשאפן.
דער זעלבער בורא וואס האט באשאפן די וועלט און מיר געגעבן מיין מקום ,האט
באשאפן מיר.
יעדער כח וואס איך האב ,האט א תפקיד
דא קען מען געבן פאר א קינד א גאר פאזיטיוון בליק אויף זיינע כוחות.
ער דארף נישט שפירן אז כדי צו זיין א נברא איז ער גארנישט ווערד .פונקט
פארקערט :אפשר האט דער רבונו של עולם אים געגעבן גרויסע כוחות.
די שאלה איז וואס ער טוט דערמיט.
א גוטער קאפ קען ווערן א כלי פאר תורה .א גוטער מויל קען זאגן גוטע ווערטער.
שטארקייט קען ווערן התמדה .א חוש קען ווערן א וועג צו העלפן אנדערעטכ .
דומה לעיניים ,לרמז שלא יתור אחר עיניו ביום שמחת לבו .והערבה דומה לשפתיים שבהן
יגמור האדם כל מעשהו בדיבור ,לרמוז שישים רסן בפיו ויכוין דבריו ויירא מהשם יתברך אף
בעת השמחה ...ודין הנענוע ,שהחיוב להוליך ולהביא ולהעלות ולהוריד ,והעניין לעורר הנפש
שתזכור בעת השמחה כי הכל לשם יתברך ,ממעלה עד מטה וד' רוחות ,שהכל נכלל בזה.
טכ .ספר מסילת ישרים -פרק כב -בביאור מדת הענוה :ואמנם מי שהוא בעל שכל ישר,
אפילו אם זכה להיות חכם גדול ומופלג ,באמת כשיסתכל ויתבונן יראה שאין מקום לגאוה
וההתנשאות ,כי הנה מי שהוא בעל שכל שידע יותר מהאחרים ,אינו עושה אלא שבחק טבעו
לעשות ,כעוף שמגביה לעוף לפי שטבעו בכך ,השור מושך בכחו לפי שחוקו הוא כן מי שהוא
זט ���������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
ווייל דער כח קומט פונעם בורא ,ממילא האט דער כח א תפקיד.
דער נברא נעמט נישט זיינע כוחות און זאגט :דאס בין איך און איך קען דערמיט
טון וואס איך וויל.
ער זאגט :דאס האט דער בורא אריינגעלייגט אין מיר -וואס וויל ער אז איך זאל
דערמיט טון?
דער גאנצער מענטש ווערט געוואנדן צום בורא
און דאס קען מען דערהערן אויך אין די נענועים.
מען נעמט די מינים און מען שאקלט זיי צו אלע זייטן .דער מענטש דערהערט אז
אלעס באלאנגט פארן באשעפער .דער גאנצער מענטש ,מיט אלע זיינע כוחות,
אין אלע זיינע מצבים -לעבט אין דער וועלט פונעם בורא.
די סוכה האט ספעציפיש געזאגט :דער מקום אין וועלכן דו לעבסט איז זיינס.
די ד׳ מינים גייען א טריט טיפער :דו אליין ,מיט דיינע כוחות ,ביסט זיין נברא.
און דא קומט אריין די מצוה פון שמחה אום יום טוב (וואס מיר גייען שוין אנקומען
דערצו) ,וועלכע איז א עקסטערע מצוה פון יום טוב ,אבער דאך זעט מען אז דא
ביי די ד' מינים האט די תורה צוזאמגעשטעלט אט די נקודה אינאיינעם מיט
שמחה ,וויבאלד די ד' מינים העלפן דעם מענטש דורך זייער מציאות ער זאל
קענען קונה זיין די ריכטיגע שמחה ,וואס קומט בלויז פון אנערקענען אין דעם
אמת אז מיר זענען נבראים פונעם גרויסן בורא און מיר זענען משועבד צו אים און
צו זיין רצוןל .
חכם הוא לפי שטבעו מביאו לזה ,ואילו אותו שעכשיו אינו חכם כמוהו היה לו שכל טבעי
כמוהו היה מתחכם כמו שנתחכם הוא ,א"כ אין כאן להתנשא ולהתגאות אלא אם יש בו
חכמה רבה הוא מחויב ללמדה למי שצריך אליה ,וכמאמר ריב"ז (אבות פ"ב) ,אם למדת תורה
הרבה אל תחזיק טובה לעצמך כי לכך נוצרת :אם עשיר הוא ישמח בחלקו ,ועליו הוא לעזור
למי שאין לו ,אם גבור הוא לעזור לכושלים ולהציל לעשוקים ,הא למה זה דומה למשרתי
הבית ,שכל אחד ממונה על דבר מה ,וראוי לו לעמוד במשמרתו לפי פקודתו ,להשלים
מלאכת הבית וצרכיה.
ספר החינוך שם :וצוה הא-ל לעמו לעשות לפניו חג באותו העת ,לזכותם להיות עיקר ל.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ������������������������������������������������������ זי
פרק ה
מצות שמחה :זיך פרייען און געדענקען פון וועמען דאס גוטס קומט
אצינד קומט אויס -ביי די ד׳ מינים האבן מיר שוין געזען א וויכטיגן יסוד.
סוכות קומט אין א צייט ווען דער מענטש האט אריינגענומען זיין תבואה און
פירות ,ער זעט פאר זיך די ברכה און די הצלחה ,און נאטורליך ווערט זיין הארץ פול
מיט שמחה .דווקא אין אזא צייט דארף ער א זכרון ,אז די שמחה זאל אים נישט
אוועקפירן פונעם בורא ,נאר אים צוריקברענגען צו יראת ה׳ און צו זיין רצון וואס
ער איז מחויב אויסצופירן זייענדיג א נברא.
דערפאר האט די תורה אריינגעשטעלט די ד׳ מינים אינמיטן דעם שמחה .דער
מענטש האלט אין די הענט זאכן וואס זענען אליין משמח ,און זיי דערמאנען אים
-אינמיטן זיין גוטס און הנאה -צו וועמען די שמחה דארף זיין געוואנדן.
דערנאך קומט נאך א נקודה אין די ד׳ מינים :אויך די אברים פונעם מענטש -זיין
הארץ און שכל ,זיין גוף ,זיינע אויגן און זיין מויל -דארפן בלייבן געוואנדן צו
עבודת הבורא און יראת ה׳ דווקא בעת השמחה.
און דא קומט אריין די מצוה פון שמחת יום טוב אליין ,און מאכט דעם בילד
פיל קלארער.
בל
די תורה הייסט דעם מענטש זיך פרייען :ושמחת בחגך...אל והיית אך שמח...
די תורה האט נישט בלויז געגעבן דעם מענטש א זכרון וויאזוי זיך צו פירן ווען ער
איז פרייליך .זי האט אים אליין באפוילן צו זיין בשמחה יום טוב.
דאס איז א וויכטיגע השלמה.
השמחה לשמו יתברך ...ציונו השם יתברך לקחת בין ידינו דברים המזכירים אותנו כי כל
שמחת לבנו לשמו ולכבודו.
ובחינוך מצוה תפ''ח :לפי שהאדם נכון על ענין שצריך טבעו לשמח לפרקים ...ורצה הא-ל
לזכותנו ...וצונו לעשות השמחה לשמו ,למען נזכה לפניו בכל מעשינו.
אל .דברים ט''ז י''ד
בל .דברים ט''ז ט''ו
חי ���������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
דער מענטש דארף נאטורליך שמחהגל .דער רבונו של עולם האט אים אזוי
באשאפן ,און די תורה וויל נישט אויסמעקן דעם צורך .זי גיבט אים זמנים אין
וועלכע ער זאל זיך טאקע פרייען ,און געבן דעם גוף און הארץ די שמחה וואס
זיי דארפן.
אבער די שמחה ווערט נישט אפגעטיילט פון זיין לעבן אלס נברא.
די ימים טובים דערמאנען דעם מענטש די ניסים און טובות וואס דער רבונו של
עולם האט אים געטון ,און אין די זעלבע זמנים הייסט אים די תורה זיך פרייען.
אזוי קומען די צוויי זאכן אינאיינעם :ער געדענקט וואס ער האט באקומען -און
ער פריידט זיך מיט וואס ער האט באקומען.
און אזוי ווערט די שמחה אליין א חלק פון זיין לעבן מיטן בורא.
וחוזר חלילה ,עס ווערט א ראד וואס ענדיגט זיך נישט ,ער פריידט זיך דורך די
טובה ,און איז דאנקבאר פאר באשעפער וואס האט אים געגעבן די טובה ,און
ווערט נאך מער בטל צו אים און צו זיין רצון.
אויך די נאטורליכע שמחה קען ווערן עבודת ה׳
דאס גיט א טיפערן בליק אויפן גאנצן יסוד פון בורא-נברא.
ביטול מיינט נישט אז דער נברא טאר נישט האבן קיין אייגענע געפילן ,הנאה
אדער שמחה .דער בורא אליין האט אים באשאפן מיט דעם צורך ,און דער בורא
אליין האט אים געהייסן זיך פרייען.
דער לימוד איז ,אז אויך דער נאטורליכער מענטש זאל וויסן וואו ער שטייט.
איך האב גוטס -אבער איך האב עס באקומען.
גל .ספר החינוך מצוה תפ''ח :לפי שהאדם נכון על ענין שצריך טבעו לשמח לפרקים ,כמו שהוא
צריך אל המזון על כל פנים ,ואל המנוחה ואל השנה ,ורצה הא-ל לזכותנו ,אנחנו עמו וצאן
מרעיתו ,וצונו לעשות השמחה לשמו למען נזכה לפניו בכל מעשינו .והנה קבע לנו זמנים
בשנה למועדים ,לזכר בהם הנסים והטובות אשר גמלנו ,ואז בעתים ההם צונו לכלכל החמר
בדבר השמחה הצריכה אליו ,וימצא לנו תרופה גדולה ,בהיות שובע השמחות לשמו ולזכרו,
כי המחשבה הזאת תהיה לנו גדר לבל נצא מדרך הישר יותר מדאי...
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ����������������������������������������������������� טי
איך פריי זיך -אבער די שמחה מאכט מיר נישט פארן בעל־הבית.
פונקט די טובה מיט וועלכער איך פריי זיך ,קען מיר דערמאנען אז איך בין דער
מקבל ,און אז עס איז דא א בורא וואס האט מיר דאס געגעבן.
און ער האט דאס געגעבן פאר א סיבה ,כדי איך זאל אים דינען מתוך שמחה
והרחבה .און נישט כדי זיך קובע זיין אין תענוגים גשמיים שלא לשם שמיםדל .
דא פארבינדן זיך מצות שמחה און די ד׳ מינים זייער נאטורליך.
מצות שמחה זאגט :פריי זיך.
די ד׳ מינים דערמאנען :אינמיטן דיין שמחה ,פארגעס נישט דעם בורא ,זיין רצון,
און אהבתו ויראתוהל .
און ביידע אינאיינעם לערנען דעם מענטש וויאזוי א נברא פריידט זיך.
דער זעלבער יסוד גייט אריין אין חינוך פון א קינד
און דא ווערט די נקודה גאר שטארק פאר חינוך.
די מצוה פון שמחת יום טוב נעמט אריין נישט בלויז דעם מענטש אליין ,נאר אויך
זיין משפחה און זיינע קינדער.
דער קינד דארף נישט בלויז הערן אז יום טוב איז א זמן שמחה .מען דארף אים
בפועל משמח זיין -מיט דאס וואס איז פאר אים א שמחה.
עס איז נכלל אין דעם פסוק פון 'ושמחת' א באזונדערע חיוב צו דערפרייען די
משפחה און די קינדער אויף זייער וועג לויט זייער פארשטאנדול .
דל .שם מצוה תיח מצות אהבת ה' :ועובר על זה וקובע מחשבותיו בענינים הגשמיים ובהבלי
העולם שלא לשם שמים רק להתענג בהם לבד או להשיג כבוד העולם הזה הכואב להגדיל
שמו ,לא לכוונה להטיב לטובים ולחזק ידי ישרים ,ביטל עשה זה ועונשו גדול .וזאת מן
המצות התמידיות על האדם ומוטלות עליו לעולם:
הל .שם מצוה שכ''ד הנ''ל.
ול .פסחים ק''ט ע''א :ת"ר חייב אדם לשמח בניו ובני ביתו ברגל שנאמר ושמחת בחגך.
תוספתא שם פרק י ,י :מצוה על האדם לשמח בניו ובני ביתו ברגל במה משמחן...
כ ������������������������������������������������������ סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
דאס מיינט ,אז די תורה נעמט דעם נאטורליכן וועג וויאזוי א קינד שפירט שמחה,
און לייגט עס אריין אינעם יום טוב.
א קינד האט הנאה .ער פריידט זיך ,קען ער אינעם זעלבן יום טוב מחונך ווערן
דורך די פעולות ,צו געדענקען ווער עס גיבט אים דאס גוטס ,און פאר וועמען א
איד לעבט.
דא קען זיך בויען א גאר געזונטער יסוד אין זיין גאנצן בליק אויפן לעבן בכלל ,און
אויף עבודת ה׳ בפרט:
דער רבונו של עולם איז נישט בלויז דער בורא וועמענס רצון איך דארף מקיים זיין
ווען עס איז מיר שווער.
ער איז אויך דער בורא פון וועמען איך באקום מיין גוטס.
איך דארף זיך לאזן פירן לויט זיין רצון -און איך קען זיך אויך פרייען מיט וואס ער
גיבט מיר.
חינוך צו ביטול -אויך ווען עס גייט גוט
דאס פארענדיגט א וויכטיגן חלק אינעם חינוך פון ביטול.
ביז אהער האבן מיר אסאך גערעדט פון די מינוטן ווען דער אייגענער רצון טרעפט
זיך מיט א גרעניץ :א קינד וויל עפעס און קען עס נישט האבן; ער דארף טון עפעס
וואס איז אים שווער; עפעס גייט נישט ווי ער האט געוואלט.
דארט לערנט ער :איך בין א נברא; מיין רצון איז נישט דער לעצטער ווארט.
אבער דער יסוד דארף נישט ווערן פארבונדן בלויז מיט 'ניין'.
רבי יהודה אומר נשים בראוי להם וקטנים בראוי להם.
רמב''ם הלכות שביתת יו''ט פרק ו הלכה יז :כיצד הקטנים ,נותן להם קליות ואגוזים ומגדנות;
והנשים ,קונה להן בגדים ותכשיט כפי ממונו.
ב''ח או''ח תקכ''ט ב :דלפי שהם שמחים ומשתעשעים בקליות ואגוזים הם נעורים ואם
כן מכאן נשמע דבהא מילתא יש לשמח לתינוקות ביו"ט .ומהרש"ל (יש"ש פ"ב סי' ה) כתב
דבתוספתא דערבי פסחים (ה"ג) איתא להדיא הקטנים ביום טוב בראוי להם...
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ���������������������������������������������������� אכ
סוכותזל לערנט דעם קינד דעם זעלבן יסוד דווקא אינמיטן א 'יא'.
ווען ער האט .ווען ער באקומט .ווען ער האט הנאה .ווען ער איז פרייליך.
אויך דעמאלט קען ער וויסן :איך בין א נברא .איך האב באקומען.
און דער בורא וואס האט מיר געגעבן דעם גוטס וויל אז איך זאל זיך דערמיט
פרייען -און אינמיטן דער שמחה געדענקען אים און זיין רצון.
איך האב -אדער איך האב באקומען
דא קען מען דעם גאנצן יסוד מאכן זייער פשוט פארן קינד.
ווען א מענטש זעט דאס גוטס וואס ער האט ,קען ער קוקן דערויף אויף
צוויי וועגן.
ער קען זאגן :איך האב.
אדער ער קען דערהערן :איך האב באקומען.
איך האב א משפחה -איך האב באקומען א טובה.
איך האב א שטוב -איך האב באקומען א טובה.
איך האב כוחות -איך האב באקומען א טובה.
איך האב הצלחה -איך האב באקומען א טובה.
דער צווייטער בליק נעמט גארנישט אוועק פון דעם שמחהחל .ער גיבט איר נאר
איר ריכטיגן פלאץ ,און פארמערט די שמחה.
זל .רמב"ן על שמות פרק כג פסוק טז :שאמר (בפסוק יד) שלש רגלים תחוג לי בשנה ,ופירש את
חג המצות תשמור בחדש האביב (פסוק טו) ,שתשמור לעשות חג בתחלת האביב ,חזר ואמר
והאחר תשמור שיהיה חג הקציר בכורי מעשיך ,והשלישי תשמור שיהיה חג האסיף בצאת
השנה ,והנה כלם באספו כל מעשיו מן השדה לתת בהם הודאה לאלהים ,שהוא שומר חקות
שמים ומוציא לחם מן הארץ להשביע נפש שוקקה ונפש רעבה מלא טוב וזה טעם אל פני
האדון ה' ,שהוא האדון המפרנס עבדיו ,ובנטלם פרס מלפניו יבאו אליו לראות מה יצום.
חל .גור אריה להמהר"ל על רש"י על במדבר פרק כ פסוק יב :כי האמונה הוא מי שבוטח בו יתברך,
אין לו בו רק שמחה ,שזה ענין אמונה ,שמאמין בו ובוטח בו ,ועם הבטחון השמחה.
בכ ���������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
איך קען זיך באמת פרייען מיט וואס איך האב ,אבער אינמיטן דער שמחה ווייס
איך :איך האב זיך דאס נישט אליין געגעבן .איך בין דער מקבל ,און דער רבונו של
עולם איז דער נותן.
די טובהטל פונעם בורא ברענגט דעם נברא צוריק צום בוראמ .
דא ווערט דער גאנצער מהלך פארענדיגט -
דער בורא האט מיר געגעבן מיין עצם מציאות.
ער האט מיר געגעבן א מקום אין זיין וועלט.
ער האט מיר געגעבן מיין גוף און מיינע כוחות.
און ער גיבט מיר טובות מיט וועלכע איך קען זיך פרייען.
די טובות ,ווען מען קוקט דערויף ריכטיג ,נישט נאר נעמט עס נישט אוועק דעם
מענטש פונעם בורא ,פארקערט ,דורך זיין ריכטיגע בליק ברענגען זיי דווקא אים
נענטער צום בורא.
ער זעט וואס ער האט באקומען ,ער פריידט זיך דערמיט ,און די שמחה אליין
דערמאנט אים ווער עס האט אים דאס געגעבן.
אזוי ווערט דער זעלבער יסוד געבויעט פון צוויי זייטן:
טל .ספר דרושי הצל"ח -דרוש י"ב ליום א' של סליחות
כג) בשמך יגילון כל היום ,ובצדקתך ירומו (תהילים פ"ט ז') ,הנה בכל מקום שנאמר אני ה' הוא
דיין לפרוע ,וקאמר בשמך יגילון כל היום ,שמקבלין גם הדין והעונש בשמחה ,כי זה טהרת
נפשם ,ובצדקתך שאתה עושה עמהם צדקה ,ומשפיע עליהם טובה ,ירימו יותר למעלה
בקדושה ובחסידות ,ואינם בועטים מרוב טובה ,כי תפארת עוזמו אתה ,כי עיקר תפארת עוזם
ובטחונם וחוזקם אתה הוא ,ועליך יבטחו ,ולא כאלו שנאמר בהם (תהילים מ"ט ז') הבוטחים על
חילם וברוב עשרם יתהללו.
ספר דרושי הצל"ח -דרוש י"ב ליום א' של סליחות :בשמך יגילון כל היום ובצדקתך ירומו מ.
(תהילים פ"ט ז') ,הנה בכל מקום שנאמר אני ה' הוא דיין לפרוע ,וקאמר בשמך יגילון כל היום,
שמקבלין גם הדין והעונש בשמחה ,כי זה טהרת נפשם ,ובצדקתך שאתה עושה עמהם
צדקה ,ומשפיע עליהם טובה ,ירימו יותר למעלה בקדושה ובחסידות ,ואינם בועטים מרוב
טובה ,כי תפארת עוזמו אתה ,כי עיקר תפארת עוזם ובטחונם וחוזקם אתה הוא ,ועליך
יבטחו ,ולא כאלו שנאמר בהם (תהילים מט ז) הבוטחים על חילם וברוב עשרם יתהללו.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ����������������������������������������������������� גכ
ווען עפעס גייט נישט ווי איך וויל ,דערמאן איך זיך :איך בין נישט דער בעל־
הבית.
ווען עס גייט יא גוט און איך האב מיט וואס זיך צו פרייען ,דערמאן איך זיך :איך בין
דער מקבל.
ביידע ברענגען צום זעלבן חשבון:
איך בין א נברא ,און דער רבונו של עולם איז דער בורא.
איך לעב לויט זיין רצון -און פון אים באקום איך מיין גוטס.
סך הכל :דער חינוך פון שמחה אום יום טוב לערנט דעם קינד ,וויאזוי צו זיין א
נברא ,נישט בלויז ווען ער דארף זיך מבטל זיין ווען עפעס גייט נישט גוט ,נאר אויך
וויאזוי צו בלייבן א נברא ווען ער האט גוטס און פריידט זיך ,צו געדענקען ווייטער
זיין פלאץ.
פרק ו
שמיני עצרת :ווען אלע כלים גייען אוועק ,בלייבט דער קשר
און דווקא נאכדעם וואס סוכות האט אריינגענומען דעם מענטש פון דרויסן ביז
אינעווייניג ,קען קומען שמיני עצרת און איבערלאזן אים מיטן עצם קשר צווישן
דעם נברא און זיין בורא.
דהיינו ,נאך אזויפיל ימים טובים האט דער קינד געהאט אסאך זאכן וואס האבן
אים געהאלפן דערהערן דעם זעלבן יסוד.
דער שופר .דער יום כיפור .די סוכה .די ד׳ מינים.
יעדע מצוה האט גענומען דעם מענטש נאך א טריט און געברענגט דעם יסוד אויף
טיפערע שטאפלען -אין מחשבה און געפיל ,אין גוף און מעשה ,אין זיין שטוב און
אין זיינע כוחות.
און דא קומט שמיני עצרת.
נאכן גאנצן מהלך דארף עפעס בלייבן
שמיני עצרת קומט נישט אלס נאך איין באזונדערער טריט.
דכ ���������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
ער קומט צוזאמצונעמען דעם גאנצן מהלך ,אז עס זאל ווערן א חלק פונעם
מענטש זעלבסט.
די פריערדיגע טעג האבן גענומען דעם מענטש דורך פארשידענע פעולות און אים
פון אלע זייטן דערמאנט ווער ער איז און פאר וועמען ער לעבט .יעדע עבודה
האט גענומען נאך א חלק פונעם מענטש און אים געברענגט נענטער צו דער
זעלבער הכרה.
און צום סוף קומען די אלע פרטים צוזאמען.
דער שופר הערט אויף .דער תענית ענדיגט זיך .מען גייט ארויס פון דער סוכה.
מען לייגט אוועק די ד׳ מינים.
די כלים גייען אוועק.
אבער וואס זיי האבן אויפגעבויעט -דאס נעמט זיך יעצט צוזאם.
יעצט דארף מען שוין נישט נאך א דערמאנונג
במשך די טעג פון תשרי האט דער מענטש געהאט זאכן וואס האבן
אים דערמאנט.
א קול שופר האט אים אויפגעוועקט .דער גוף האט מיטגעלעבט יום כיפור .די
סוכה האט אים ארויסגענומען פון זיין קביעות .די ד׳ מינים האבן גענומען זיין
שמחה און זיינע כוחות און זיי געוואנדן צום בורא.
שמיני עצרת קומט נאכדעם.
יעצט שטייט נישט נאך א נייער כלי אין צענטער ,וואס זאל נאכאמאל דערמאנען
דעם מענטש פונעם זעלבן אמתאמ .
אמ .ספר החינוך מצוה שכ''ד :אם תשאל שמיני עצרת שיש בו שמחה גדולה לישראל ,למה לא
היה ניטל בו? התשובה :היום שמיני עצרת כולו לשם יתברך .וכמו שאמרו רבותינו זכרונם
לברכה (במדבר רבה כא כד; מדרש הגדול ,שמות כט לו) משל למלך שעשה סעודה כדאיתא במדרש,
ולבסוף אמר להם עכבו עמי יום אחד ,שקשה עלי פרידתכם ולפיכך נקרא עצרת .ואם כן אין
צריך זכרון אחר.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ���������������������������������������������������� הכ
ווייל דאס וואס איז ביז יעצט געווען א דערמאנונג ,דארף שוין אנהייבן ווערן א
חלק פון אים.
נישט בלויז :איך האב א מצוה וואס דערמאנט מיר אז איך בין א נברא.
נאר :איך ווייס ווער איך בין.
איך בין זיין נברא .ער איז מיין בורא.
דער קשר אליין ווערט דער צענטער
דאס איז דער שטילער אבער שטארקער שפיץ פון דעם גאנצן תשרי.
ביז יעצט איז דער מענטש געגאנגען פון פרט צו פרט .נאך א מצוה ,נאך א פעולה,
נאך א חלק פון זיך.
יעצט ווערט עס איין גאנצע הכרה פון אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין
עוד מלבדובמ .
דער מענטש דארף נישט אוועקגיין פון די מצוות .פונקט פארקערט -זיי האבן
אים אהערגעברענגט .אבער דער ציל איז ,אז ווען דער מעשה איז שוין פארביי,
זאל דער מענטש וואס איז ארויסגעקומען דערפון נישט זיין דער זעלבער מענטש
ווי פריער.
עס זאל בלייבן אין אים א פשוט'ע ,נאנטע הכרה:
איך בין זיינסגמ .
במ .אמרות משה לחודש אלול בשם הרה''ק רבי משה מקאברין זי''ע :ראש השנה ,תקיעת שופר,
עשרת ימי תשובה ,יום הכיפורים ,חג הסוכות ,מצות הסוכה וארבעת המינים ,הושענא רבה,
חיבוט הערבה כל אלה אינם אלא הקדמה והכנה ל׳אתה הראת לדעת׳ בשמחת תורה.
גמ .ספר ארחות צדיקים -השער התשיעי -שער השמחה :תפארת הנשמה שתתפאר בתפארת
השמחה ,אשר תשמח באלהים ותבהיק זיו יראתה להבהיק יקר הודה ,ויערב אור חמדתה
ליוצרה באהבה תשוקת חשק תאות עליון ,להתעטר עטרת יופי המחשבות הזכות הטהורות,
ותהיה נוהמת לגודל גיל עליצתה לידידה ידיד עליון ,ותתקשר בקישור חיבה ,ותהיה דורשת
וחוקרת אחר המעלות לאור באור החיים .ובעת אשר היא מתרוממת ומתגדלת ומתגלגלת
לדעת קדושת יוצרה ומתדבקת באמונתה לבורא ,יתברך ,אז היא מתפשטת בחידוש גיל
ומרחבת בשמחתה .באותה שעה מתקדשת קדושת קודש הקדשים ,ואז מתאווה ונושאת
וכ ����������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
איך בין זיין נברא .ער איז מיין בורא .איך בין א חלק פון זיין פאלק .מיין לעבן ,מיינע
כוחות און וואס איך האב -אלעס באקומט זיין פלאץ אינעם קשר מיט אים.
דעריבער האט שמיני עצרת אן אנדער טעם ווי די פריערדיגע טעג.
מען דארף נישט זוכן נאך א זאך וואס זאל ווייזן און ארויסהעלפן אנקומען
צום קשר.
דער קשר אליין ווערט דער ענין.
פון א ידיעה -צו א מציאות
אנהייב תשרי קען 'איך בין א נברא' זיין א געדאנק וואס דער מענטש פארשטייט.
דערנאך קומט דער שופר און ברענגט עס אריין אין דער המלכה .יום כיפור נעמט
אריין דעם גוף .די סוכה נעמט אריין זיין מקום און קביעות .די ד׳ מינים נעמען
אריין זיינע כוחות און זיין שמחה.
אז דער מענטש איז דורכגעגאנגען דעם גאנצן מהלך ,קען די הכרה שוין זיין מער
ווי א געדאנק וואס מען האט אים געזאגט.
ער האט עס געטראכט .ער האט עס געזאגט .ער האט עס געטון .ער האט עס
געלעבט מיט זיין גוף און מיט זיינע מעשים.
שמיני עצרת נעמט די אלע פרטים און נעמט זיי צוזאמען אלס איין פשוט'ע הכרה
וואס דער מענטש נעמט מיט זיך:
איך בין א נברא ,און איך לעב מיט מיין בוראדמ .
חן לפני מלך מלכי המלכים ,ובעת ההיא מתיקרת ומתייפה ומתהדרת בהדרת גאון עוז תוקף
הדרתה ,ואז העליון יסגלנה להצהיר זיוה להכניסה בחדרי זוהר ולצוררה בצרור החיים .והרחמן
ישימנו מאנשי עבודתו השמחים.
דמ .שפת אמת תרנ''ה :ביום השמיני עצרת תהיה לכם .הוא תכלית כל ימי החג ...ומה שנעשה
מקודם ע"י סוכה ולולב נעשה בשמ"ע בעצם בני ישראל...
שם תרל''ח :תכלית ימי המשפט לבוא אח"כ לחג הקדוש הזה .אך בזמן הדין הי'
זה בהסתר.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ����������������������������������������������������� זכ
דער אמת'ער המשך פון תשרי הייבט זיך אן אין חשון
און דא ליגט דער חינוך פאר'ן גאנצן יארהמ .
דער אמת'ער מבחן קומט נישט נאר ווען דער שופר בלאזט אדער ווען מען זיצט
אין דער סוכה.
ער קומט ווען עס איז שוין נישט קיין יום טוב.
ווען דער קינד שטייט אויף א פשוט'ן אינדערפרי .ווען ער דארף גיין אין חדר .ווען
א חבר האט אים וויי געטון .ווען ער האט א נסיון .ווען ער האט מצליח געווען .ווען
עפעס איז נישט געגאנגען ווי ער האט געוואלט.
דארט קען ער צוריק טרעפן דעם יסוד וואס חודש תשרי האט אין
אים אויפגעבויעט:
איך בין נישט אליין דא .איך בין א נברא אינעם בורא'ס וועלט .די כוחות וואס איך
האב זענען פון אים .דער מצב אין וועלכן איך בין איז אויך אין זיין וועלט .און מיין
שאלה איז :וואס וויל דער בורא פון מיר יעצט?
אויב דער חשבון קומט מיט אים אריין אין א פשוטן טאג אין חשון ,האט תשרי
נישט בלויז איבערגעלאזט זכרונות;תשרי האט עפעס אויפגעבויעט אין אים!!
פרק ז
ווען דער יסוד קומט אריין אין א פשוטן דינסטאג
ביז אהער האבן די ימים טובים געבויעט דעם יסוד פון פארשידענע זייטן.
אבער די יסודי הדת ווערן באמת א חלק פונעם מענטש ווען זיי הייבן אן
באשטימען וויאזוי ער רעאגירט צו די קליינע געשעענישן פונעם טאג.
המ .פשוט הוא ,אכן ליתר שאת העתקנו לשון התפארת שלמה שמיני עצרת ד''ה הסכת ושמע
ישראל :וממילא נשאר הרשימו ממצות סוכה על כל השנה ,שיהי' ביכולתו ליחד שמו ית'
בקש ולקבל עליו עול מלכות שמים באמת.
חכ ��������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
דארט זעט מען צי 'איך בין א נברא' איז בלויז א ידיעהומ -אדער א וועג פון לעבן.
אין א נסיון :נישט פארוואס איז דאס געשען? נאר וואס איז יעצט
מיין תפקיד?
א קינד האט זיך צוגעגרייט פאר עפעס און עס איז נישט געלונגען;דערזמ יסוד פון
נברא זאגט אים נישט אז ער זאל זיך נישט דערקענען אין זיין דורכפאל .אפשר
האט ער טאקע געמאכט א טעות .אפשר דארף ער מער ארבעטן .אפשר דארף ער
זיך אנטשולדיגן אדער נאכאמאל פרובירן.
אבער ער דארף נישט נעמען אויף זיך דאס וואס איז נישט זיין חלק.
ער קען זיך פרעגן:
וואס דארף איך יעצט טון?
דאס איז זיין עבודה.
די תוצאה ,די גאנצע מציאות און אלעס וואס וועט קומען דערפון -דאס דארף ער
נישט טראגן אויף זיינע פלייצעס.
אין פרנסה :השתדלות איז מיין תפקיד ,נישט מיין בעלות
שפעטער אין לעבן ווערט דער זעלבער יסוד גאר שטארק ביי פרנסהחמ .
ומ .פירוש החסיד יעב"ץ על אבות פרק ג משנה יז:
הוא היה אומר כל שחכמתו מרובה ממעשיו .הלומד ע"מ להזהר ולעשות הוא הנקרא מעשיו
מרובים מחכמתו ,כי כיון שתכלית למודו בעבור המעשה הוא העיקר ,ואשר לא שם לבו אל
המעשה זולתי אל הידיעה לבד ,חכמתו מרובה ממעשיו ,ואע"פ שעושה כל מה שיודע ,כי
הכל אחר הכונה.
זמ .ספר חובות הלבבות -שער הבטחון -פרק ה :והשני ,כי הבוטח באלהים נפשו במנוחה ולבו
שלו מצד הגזירות ,לדעתו ,כי הבורא ינהיגן לטובתו בעולמו ואחריתו ,כמו שאמר דוד עליו
השלום (תהלים סב ו) ,אך לאלהים דומי נפשי כי ממנו תקותי .ואשר איננו בוטח באלהים הוא
בצער תדיר ,ודאגה ארוכה ואבל ועצב לא ימושו ממנו בטובה וברעה ,בטובה -מפני מיעוט
רצותו במצבו ושאיפתו להוסיף ולהרבות ולכנס ,וברעה -מפני שהוא קץ בה ,והוא כנגד
תאוותו וטבעו ומידותיו .וכן אמר החכם (משלי טו טו) כל ימי עני רעים וטוב לב משתה תמיד.
חמ .ספר חובות הלבבות -שער הבטחון -פרק ה :והשלישי ,כי הבוטח באלהים ,ואם יתעסק
בסיבות ,לא יסמוך בלבו עליהן ולא יקוה מהן תועלת ולא נזק ,מבלי רצון האל .אך מתעסק
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ���������������������������������������������������� טכ
א מענטש דארף ארבעטן ,טראכטן ,זיך באראטן ,פלאנען און מאכן השתדלות .ער
טאר נישט נוצן אמונה אלס תירוץ נישט צו נעמען אחריות.
אבער אינעווייניג דארף בלייבן די גרעניץ:
איך בין אחראי אויף מיין עבודה; איך בין נישט בעל־הבית אויף דער תוצאה.
דאס קען ראטעווען א מענטש פון צוויי זייטן :פון פארנאכלעסיגקייט אויף איין
זייט ,און פון דעם געפיל אז די גאנצע וועלט ליגט אויף זיינע פלייצעס..
אין בין אדם לחבירו :אויך דער צווייטער איז נישט אונטער
מיין בעלות
דער זעלבער יסוד איז נוגע צווישן מענטשןטמ .
אסאך אנגעצויגנקייט און מיספארשטענדענישן קומען נישט בלויז פון דעם וואס
דער צווייטער האט געטון עפעס נישט ריכטיג .זי ווערט פיל שטערקער פון דעם
אינערליכן געפיל:
בהן לבחור בעבודת הבורא ,אשר ציוה להתעסק בעולם ליישבו ולזיינו ,ואם תגיעהו תועלת או
יידחה בהן הנזק ,יודה האלהים לבדו על זה ולא יוסיף בהן אהבה וחיבה יתרה ,ולא תנוח נפשו
עליהן יותר ,אך יחזק בטחונו באלהים ויסמוך לבו עליו מבלעדי הסיבות .ואם לא יועילוהו
הסיבות ,ידע ,כי יבואהו טרפו כשירצה ה' ,מאיזה ענין שירצה ,ולא ימאס בהן בעבור זה ,ולא
יניח להתעסק בהן לעבודת הבורא .ואשר איננו בוטח באלהים ,מתעסק בסיבות לבטחונו
עליהן ,שהן מועילות אותו ודוחות הנזק מעליו .ואם הן מועילות אותו ,ישבח אותן ,וישבח
השתדלותו בהן ובחירתו אותן ולא יפנה אל זולתן ,ואם אינן מועילות לו ,יניח אותן וימאסן,
וישוב חפצו מהן ,כמו שאמר הכתוב (חבקוק א טז) על כן יזבח לחרמו ויקטר למכמרתו.
טמ .ספר חובות הלבבות -שער הבטחון -פרק ה :והששי כי הבוטח באלהים הוא אהוב לכל כיתות
בני אדם ,ודעתם נוחה עליו ,מפני שהם בטוחים מהזקתו ,ולבם שלם מחמתו ,ולא יפחדו ממנו
על נשיהם ועל ממונם .והוא גם כן בטוח מהם ,מפני שיודע ,שתועלתו ונזקו אינם ביד נברא
ולא ביכלתו ,ועל כן איננו מפחד מהזקתם ,כאשר איננו מקוה הנאתם .וכשהוא בטוח מהם
והם בטוחים ממנו ,יאהבם ויאהבוהו ,כמו שכתוב (תהלים לב י) :והבוטח בה' חסד יסובבנו .ומי
שאיננו בוטח באלהים ,אין לו אוהב [ולא מרחם עליו] ,מפני שהוא בכל עת חומד אותם ומקנא
בם ,וחושב כל טובה שהגיעה אליהם -סרה ממנו ,ושטרפיהם לקוחים מטרפו ,וכל מה שנמנע
ממנו מתאוותיו הוא בעבורם ובידם להגיעו אל תאוותיו .ואם תבואהו רעה או פגע בממונו ובניו,
יחשוב כי הוא מאתם ,ושבידם להעביר הנזק ולדחות הרעה מעליו .וכיון שקדמו אלה ההקדמות
בנפשו ,יבוא בעבור זה למאוס אותם ,ולדבר בהם ,ולקללם ולשנוא אותם ,והוא הנמאס בשני
העולמים והמגונה בשני המעונים ,כמו שאמר הכתוב (משלי יז כ) :עקש לב לא ימצא טוב.
ל ������������������������������������������������������ סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
פארוואס פירט ער זיך נישט ווי איך וויל?
א מענטש וואס ווייסט אז ער איז א נברא אינעם עולם פונעם בורא ,קען זיך
ביסלעכווייז אויסלערנען אז אויך דער צווייטער מענטש איז נישט א חלק פון
זיין פלאן.
מען קען שטעלן גבולות .מען קען פארלאנגען וואס איז ריכטיג .מען קען זאגן אז
עפעס טוט וויי.
אבער איך בין נישט דער בעל־הבית אויף יענעמס רצון ,נאטור און בחירה.
איך דארף וויסן וואס מיין תפקיד איז אין דעם מצב.
אין חינוך :דער קינד איז מיר געגעבן געווארן -נישט איבערגעגעבן
געווארן אין מיין בעלות
און אז דער יסוד ווערט שוין דערמאנט פאר מחנכים כלפי קינדער ,איז אויך גוט
עס אויסצוקלארן פאר א טאטע ,מאמע אדער מלמד זעלבסט ,וואס איז נוגע
לגבי דעם כלליות'דיגן ארבייט מיט די קינדער ,וואס דארט ווערט דער יסוד
נאך טיפער.
א מחנך דארף אינוועסטירן .ער דארף פלאנען ,רעדן ,שטעלן גרעניצן ,פארשטיין
דעם קינד און נעמען אחריות.
אבער מען געדענקט אז א קינד איז נישט א פראדוקט וואס מען קען פראדוצירן
לויט געוויסע פארשריפטן וואס ברענגען נאטורליכע רעזולטאטן.
דער קינד איז אויך א נברא פונעם רבונו של עולםנ .
ברכות דף י ע''א :מה עשה הקדוש ברוך הוא הביא יסורים על חזקיהו ואמר לו לישעיהו לך נ.
ובקר את החולה שנאמר בימים ההם חלה חזקיהו למות ויבא אליו ישעיהו בן אמוץ הנביא
ויאמר אליו כה אמר ה' (צבאות) צו לביתך כי מת אתה ולא תחיה וגו' מאי כי מת אתה ולא
תחיה מת אתה בעולם הזה ולא תחיה לעולם הבא אמר ליה מאי כולי האי אמר ליה משום
דלא עסקת בפריה ורביה אמר ליה משום דחזאי לי ברוח הקדש דנפקי מינאי בנין דלא מעלו
אמר ליה בהדי כבשי דרחמנא למה לך מאי דמפקדת איבעי לך למעבד ומה דניחא קמיה
קודשא בריך הוא לעביד.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ���������������������������������������������������� אל
דער מחנך האט באקומען א געוואלדיגן תפקיד כלפיו -אבער נישט בעלות אויף
זיין גאנצער עתיד.
דאס לאזט דעם מחנך ארבעטן מיט גאנצן כח -וויסענדיג אז זיין תפקיד איז זיין
ארבעט -און גלייכצייטיג וויסן וואו זיין עבודה ענדיגט זיך ,און וואו ער דארף זיך
פארלאזן אויפ'ן בורא.
וואס יא ,דא קומט אריין דער יסוד פון תפלה ,וואס דאס איז א חלק פון די כלים
וואס דער בורא האט געגעבן פארן נברא ,אויפצובויען שטערקער און טיפער זיין
קשר מיט אים ביי יעדע פרט אין לעבן( .וואס פאדערט א שמועס פאר זיך שאכמ''ל).
פרק ח
באופן כללי וויאזוי בויט מען דעם יסוד אין א קינד?
וויבאלד דעם אויבנדערמאנטן ענין איז טאקע אזא יסודות'דיגער בליק ,איז נישט
גענוג צו געבן דערויף איין שיעוראנ .
היות ,א קינד'ס וועלט ווערט געבויעט פון הונדערטער קליינע איבערלעבונגען,
ווערטער און רעאקציעס .דעריבער דארף אויך דער יסוד פון בורא-נברא נישט זיין
בלויז א נושא; ער דארף ווערן דער אונטערגרונט פון אסאך זאכן וואס דער קינד
לערנט ממילא.
אנ .רמב"ם פירוש המשניות -אבות פרק ג משנה טו :ואחר כך אמר שהמעלות לא יגיעו לאדם
לפי רוב גודל המעשה ,אבל לפי רוב מספר המעשים ,והוא שהמעלות אמנם יגיעו בכפול
המעשים הטובים פעמים רבות ועם זה יגיע קנין חזק לא כשיעשה אדם פעל אחד גדול
מפעולות הטובות כי בזה לבדו לא יגיע לו קנין חזק ,והמשל בו כשיתן האדם למי שראוי אלף
זהובים בבת אחת לאיש אחד ולאיש אחד לא יתן כלום לא יעלה בידו מדת הנדיבות בזה
המעשה האחד הגדול כמו שמגיע למי שהתנדב אלף זהובים באלף פעמים ונתן כל זהוב מהם
על צד הנדיבות ,מפני שזה כפל מעשה הנדיבות אלף פעמים והגיע לו קנין חזק ,וזה פעם
אחת לבד התעוררה נפשו התעוררות גדולה לפעל טוב ואח"כ פסקה ממנו .וכן בתורה אין
שכר מי שפדה אסור במאה דינרים או עשה צדקה לעני במאה דינרים שהוא די מחסורו כמו
שפדה עשרה איסורים או השלים חסרון עשרה עניים כל אחד בעשרה דינרים ואל זה ההקש,
וזה ענין אמרו לפי רוב המעשה אבל לא לפי גודל המעשה.
בל ���������������������������������������������������� סוכות | שמיני עצרת יסודי הדת
נישט איין גרויסע דרשה -הונדערט קליינע דערהערן
ביי בריאת העולם הערט דער קינד :די וועלט האט א בורא.
ביי א ברכה :דאס וואס איך האב איז נישט זעלבסטפארשטענדליך; איך האב
עס באקומען.
ביי תפילה :ווען איך דארף עפעס ,ווייס איך צו וועמען זיך צו ווענדן.
ביי א מצוה :מיין רצון איז נישט דער איינציגסטער חשבון; איך האב א תפקיד.
אזוי ווערט פון אסאך באזונדערע לימודים איין געבויטער עולם.
דער מלמד דארף נישט אייביג נוצן גרויסע ווערטער
דער יסוד קען ווערן איבערגעגעבן אין זייער פשוטע זאצן.
א קינד איז אנטוישט ווייל עפעס איז נישט געלונגען:
לאמיר זען וואס דו קענסט יעצט טון.
א קינד האט זייער מצליח געווען:
קוק וואספארא כח דער רבונו של עולם האט דיר געגעבן; וואס קענסטו טון מיט
דעם כח?
א קינד וויל עפעס זייער שטארק:
איך פארשטיי אז דו ווילסט עס .יעצט לאמיר זען וואס איז ריכטיג צו טון.
א פלאן האט זיך געטוישט:
מיר האבן געטון אונזער חלק; יעצט דארפן מיר זען וואס דער רבונו של עולם וויל
פון אונז אינעם נייעם מצב.
אזעלכע זאצן קלינגען קליין .אבער ווען דער קינד הערט דעם זעלבן חשבון
נאכאמאל און נאכאמאל אין פארשידענע מצבים ,ווערט עס מיט די יארן זיין
אייגענער וועג פון טראכטן.
יסודי הדת סוכות | שמיני עצרת ����������������������������������������������������� גל
דער בורא דארף זיין פארן קינד אויך דער מקור פון טובה
און דא דארף מען היטן דעם וויכטיגסטן באלאנס.
ווען דער קינד הערט אז ער איז א נברא ,דארף ער נישט נאר הערן וואס דער בורא
וויל פון אים .ער דארף כסדר הערן און זען וואס ער באקומט פונעם בוראבנ .
דער רבונו של עולם האט מיר געגעבן מיין לעבן .מיין משפחה .מיין שכל .מיין גוף.
מיין עסן .מיין תורה .מיין שבת .מיינע כוחות .די מעגליכקייט צו וואקסן און צו
טון גוטס.
דעמאלט ווערט דער גאנצער יחס אנדערש.
איך בין נישט בלויז אונטערן בורא -איך לעב פון זיינע טובות.
און פון דא קענען צוזאמען וואקסן הכרת הטוב ,עבודה ,ביטול און בטחון.
דער קינד לערנט :איך האב באקומען ,דעריבער האב איך א תפקיד .איך בין נישט
בעל־הבית ,דעריבער דארף איך זיך לאזן פירן .און איך ליג אין די הענט פונעם
בורא וואס גיבט מיר מיין גאנצע מציאות ,דעריבער קען איך זיך אויך פארלאזן
אויף אים.
סיום
פון תשרי צו א גאנצן לעבן
סך הכל:
ביטול צום רצון ה׳ ווערט נישט נאר געמאסטן ווען דער מענטש דארף זיך בייגן..
דער אמת׳ער ביטול קומט ארויס אויך ווען עס גייט אים גוט -ווען ער האט
הצלחה ,שפע און שמחה ,און ער געדענקט אינמיטן דער שמחה :פון וועמען קומט
דאס אלעס?
בנ .דברים ו כד -כה :ויצונו ה' לעשות את כל החקים האלה ליראה את ה' אלקינו לטוב לנו כל
הימים לחיתנו כהיום הזה :וצדקה תהיה לנו כי נשמר לעשות את כל המצוה הזאת לפני ה'
אלהינו כאשר צונו.
במהרה.שמיני עצרת יסודי הדת הגואל
���������������������������������������������������� סוכות | דל
תורה עוד רבות בשנים מתוך שמחה והרחבת הדעת עד ביאת
דאס איז די שלימות וואס תשרי בויעט אויף .ראש השנה און יום כיפור לערנען
חייו ,אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד ויזכה להרביץ
דעם מענטש עבודה ,קבלת מלכות און הכנעה; סוכות ,בזמן שמחתנו ,נעמט דעם
מיטןימי
אסיף ,ער אותו כל וחסדערירדוף
פרייט זיך שמחה. ואךזייןטוב
שיחי' אין יוצ"ח
גוטס און ארייןמכל
אין זיין דקדושה
זעלבן ביטול
ונחת ער איז
האדם -און
אברי תענוג ויזכהאויף די
לרוות רב כפלייםמרמז
וואס זענען שמחה
בכפלי הרבשכרו כלי
ישלםמינים -
נעמט די ד׳
מקיים די מצוה פון שמחת יום טוב .אלעס זאגט איין זאך איך בין א נברא פאר'ן
והשי"ת
דאס גוטס ודגושה,זיך מיט
מרובהאיך פריי
במידה סיי ווען
טובות רצון ,און
ומדותפאר זיין
שמיםבייג זיך
יראתווען איך
בורא -סיי
ומשריש בכל תלמיד ותלמיד תורה וחסידות מיר געגעבן.והחסידות
וואס ער האט
התורה
יסוד וואס קרןאיין
להריםמיט ומשליך עצמו
פשוטן לעבן קינדלא ישבות
צוריקגיין אין זיין דערויום
לילה
אשרקען
און יעצט
פארבינדט אסאך פון די עיקרי הדת:
ראש ישיבתינו הק' ישמח משה
הרה"ג ר' אברהם צבי זאלדאן שליט"א
איך בין א נברא .דער רבונו של עולם איז דער בורא.
ער האט מיר באשאפן ,ער גיבט מיר מיין מציאות און מיינע כוחות ,און איך בין דא
תפארתו
וואס ליגט אויף מיר, כבודאיךשמו
האב ,טון ה"הוואס
הקודש נוצן
משמרתדארף איך
פאר א תפקיד .דערפאר
און זיך לאזן פירן לויט זיין רצון.
ובפרטיות אל כל תלמיד ותלמיד ומשים נפשו בכפו לעמוד על
און ווייל דער בורא איז אויך דער וואס גיבט מיר און איז מטיב מיט מיר ,דארף דער
שעוסק כל זמן ובכל עת ועידן למען הצלחת התלמידים בכלל,
יחס נישט ברענגען בלויז קבלת עול .פון דער זעלבער הכרה קענען וואקסן הכרת
ויראה תורה
החיים. שמחתעולהאוןשל
שלוותעלהנפש
אמת'עהוקם
און אשר
הגבר ומדריכנו
בטחון הטוב ,מורינו
רואיגקייט און
רבהאלס א ידיעה ,נאר אלס דער
גבראבלויז
האינישט
כבודקינד
מולאין א
אז דאס ווערט איינגעפלאנצט
תודה,מען אים
ברכת -האט
ומברכים וועלט
מזמרים אויף דער קוקטאנו
אויף זיך און וברגשי הלב
רננהוויאזוי ער
בקולוועג
נאטורליכער
געגעבן א יסוד וואס קען אים באגלייטן פון דער סוכה ארויס א גאנצן לעבן.
+הם ן תי ו
לך את ברכת אבר
