gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — סוכות (2026-09-21)

מוציא לאור: עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish

שבוע: סוכות (2026-09-21)

עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — סוכות (2026-09-21)

פתח את ה-PDF הורדה

‫זה השער לד'‬ ‫צדיקים יבאו בו‬ ‫דברי תורה אין אידיש‬ ‫בדרכי העבודה והחסידות‬ ‫עוﬥﬨ‬ ‫ארויסגענומען פונעם‬ ‫ספר‬ ‫מועﬢ‬ ‫מאת‬ ‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬ ‫ממונקאטש‬ ‫הושענא רבה‬ ‫ארויסגעגעבן דורך‪:‬‬ ‫תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש‬ ‫בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א‬ ‫‪5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219‬‬ ‫צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול‬ ‫דאס צו באקומען אין אימעיל‪,‬‬ ‫שרייבט אייך איין ביי‪TTTB5202@gmail.com :‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ב‬ ‫תוכן המאמרים‪:‬‬ ‫הושענא רבה הוא זמן גמר החותם‪ ,‬כי עדיין פתוחים בו‬ ‫שערי דמעות‪ .‬וזהו גודל כוחו של יום זה‪ ,‬שבו יכול האדם‬ ‫לעמוד לפני אביו שבשמים בלב נשבר ובדמעות‪ ,‬ולעורר‬ ‫רחמים וישועה‪ .‬ובפרט שהוא יומו של דוד המלך‪ ,‬אשר‬ ‫סלל את הדרך לתפילה מתוך בכי ודמעה‪ .‬ולכן זהו הזמן‬ ‫לשפוך את הלב לפני הקב"ה כמים‪ ,‬לבקש על כל צרכי‬ ‫האדם‪ ,‬ולפעול ישועה לעצמו ולכל ישראל‪.‬‬ ‫הושענא למענך אלקינו הושענא‪.‬‬ ‫ביאור בענין הסרת הטבעות מעל הלולב בהושענא רבה‪.‬‬ ‫שלוש הטבעות רומזות לזכות שלושת האבות‪ ,‬אך זכות‬ ‫זו צריכה לבוא בצירוף י"ג מידות של רחמים‪ ,‬שאם לא‬ ‫כן עלול זכות האבות גופא לעורר קטרוג‪ .‬אולם בהושענא‬ ‫רבה מסירים את הטבעות‪ ,‬ונשארים עם ארבעת המינים‬ ‫בלבד‪ ,‬לרמז שאף אם איננו ראויים להזכיר זכות אבות‪,‬‬ ‫אנו סומכים על הקב"ה בעצמו‪ ,‬וכמו שנאמר במדרש‬ ‫שארבעת המינים רומזים להקב"ה‪ .‬וזהו שאנו מבקשים‬ ‫"הושענא למענך אלקינו הושענא" ‪ -‬שהקב"ה בעצמו‬ ‫יושיענו ברחמיו‪.‬‬ ‫ג‬ ‫הושענא רבה‬ ‫הושענא למענך בוראנו הושענא‪.‬‬ ‫כשם שהקב"ה הוא "בורא רפואות"‪ ,‬כך גם ישועות‬ ‫חדשות צריכות להיבראות בכל דור ובכל יום‪ ,‬כאשר‬ ‫מתעוררים צרכים שלא מצינו להם ישועה עד עתה‪.‬‬ ‫ורבותינו הקדושים פעלו במסירות נפש להוריד לעולם‬ ‫ישועות חדשות‪ ,‬ואילו בדורנו‪ ,‬לאחר שירדנו פלאים‪,‬‬ ‫אנו זקוקים לישועות חדשות שלא היו כמותן‪ .‬על כן אנו‬ ‫מתחננים "הושענא למענך בוראנו" ‪ -‬שיברא לנו ברחמיו‬ ‫ישועות חדשות‪.‬‬ ‫הושענא למענך גואלנו הושענא‪.‬‬ ‫גם כאשר עומדת לפנינו הבטחת הגאולה‪ ,‬עדיין צריכים‬ ‫אנו להתחנן שלא יישאר אף יהודי מחוץ לישועה‪ .‬על פי‬ ‫הפסוק "כי אתה עם עני תושיע"‪ ,‬מבואר כי פעמים שאין‬ ‫לעני כח להגיע אל שערי המלך‪ ,‬ועל כן מבקש דוד המלך‬ ‫שהקב"ה יכלול אף אותו בכלל הנושעים‪ .‬והנה יש גאולה‬ ‫הבאה מתוך חבלי משיח‪ ,‬ויש גאולה של "בשובה ונחת‬ ‫תושעון"‪ ,‬שבה יגאלו כל ישראל כאחד‪ .‬וזהו ענין הכפילות‬ ‫"הושענא" ‪ -‬שנזכה לגאולה שלימה‪ ,‬ושכל אחד ואחד‬ ‫מאתנו ובני ביתו יהיה בכלל הנגאלים‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ד‬ ‫הושענא רבה‬ ‫‪ਪ‬שערי דמעות לא ננעלו‬ ‫אין מסכת ראש השנה (טז‪ ,‬ב) ווערט מבואר אז יום כיפור איז דער זמן הדין און די גמר‬ ‫החותם‪ ,‬און אזוי זאגן מיר אין "ונתנה תוקף"‪" :‬בראש השנה יכתבון וביום צום כפור‬ ‫יחתמון"‪ .‬אין ראש השנה ווערט מען פארשריבן‪ ,‬און אין יום כיפור ווערט מען גע'חתמ'ט‪.‬‬ ‫די לעצטע תפילה פון יום כיפור ווערט אנגערופן "נעילה" ‪" -‬עת נעילת שער"‪ .‬נאך א‬ ‫גאנצן טאג וואס א איד שטייט און דאווענט קומט דער זמן ווען די טויערן גייען זיך‬ ‫פארשליסן‪ ,‬און די תפילות פון די הייליגע טעג ענדיגן זיך‪.‬‬ ‫פונדעסטוועגן שטייט אין זוהר הקדוש (חלק ג לא‪ ,‬ב‪ ,‬און נאך פלעצער)‪ ,‬און אזוי געפינען מיר‬ ‫אויך אין ספרים הקדושים (עיין בני יששכר מאמרי חודש תשרי ריש מאמר יב)‪ ,‬אז דער כח פון די‬ ‫חתימה ציט זיך ווייטער ביז הושענא רבה‪.‬‬ ‫שטעלט זיך די שאלה‪ :‬אויב ביי נעילה ווערן די טויערן פארשלאסן‪ ,‬וואס איז נאך פארהאן‬ ‫אויף הושענא רבה? אויב אלע טירן זענען שוין פארמאכט‪ ,‬וואס קען מען נאך טוהן?‬ ‫דורך וועלכן שער קען א איד נאך צוקומען צום באשעפער אין הימל? וויאזוי קען נאך א‬ ‫תפילה ארויפגיין?‬ ‫די תשובה איז‪ :‬דורך די "שערי דמעות" ‪ -‬דער טויער פון טרערן‪.‬‬ ‫חז"ל זאגן (ברכות לב‪ ,‬ב)‪" :‬שערי דמעה לא ננעלו" ‪ -‬די טויערן פון טרערן ווערן נישט‬ ‫פארשלאסן‪.‬‬ ‫ווען די אנדערע טויערן גייען זיך פארשפארן‪ ,‬לאזט דער באשעפער‪ ,‬ברוב רחמיו וחסדיו‪,‬‬ ‫איבער איין טיר וואס בלייבט אפן‪ :‬דער טויער פון א איד'ס טרערן‪ .‬ווילאנג דער טויער איז‬ ‫אפן‪ ,‬קען נאך ארויפקומען א תפילה וואס קומט ארויס פון טיפן הארץ‪ ,‬א תשובה וואס‬ ‫קומט פון א לב נשבר‪ ,‬און די טרערן פון א איד וואס וויינט זיך אויס פאר'ן באשעפער‪.‬‬ ‫דאס איז דער כח פון הושענא רבה‪ .‬די שערי דמעות זענען נאך אפן‪ ,‬און א איד האט נאך‬ ‫א וועג זיך צו ווענדן צום אויבערשטן‪ ,‬אויסצוגיסן זיין צובראכענקייט און בעטן רחמים‬ ‫און ישועה אויף אלעס וואס ער דארף‪ .‬דערפאר ציט זיך דער כח פון די חתימה ווייטער‪,‬‬ ‫ווייל עס איז נאך אפן דער טויער פאר א איד'ס תפילה ‪ -‬א תפילה וואס קומט ארויס פון א‬ ‫ה‬ ‫הושענא רבה‬ ‫צובראכן הארץ‪ ,‬מיט טרערן‬ ‫און תחנונים‪.‬‬ ‫דאס איז דער כח פון הושענא‬ ‫דערפאר איז הושענא רבה‬ ‫רבה‪ .‬די שערי דמעות זענען‬ ‫נישט סתם נאך א טאג פון‬ ‫נאך אפן‪ ,‬און א איד האט‬ ‫דאווענען‪ .‬היינט איז דא די‬ ‫געלעגנהייט צו ברענגען‬ ‫נאך א וועג זיך צו ווענדן צום‬ ‫פאר'ן אויבערשטן אלעס‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬אויסצוגיסן זיין‬ ‫וואס ליגט טיף אין הארץ ‪-‬‬ ‫די ווערטער וואס מען האט‬ ‫צובראכענקייט און בעטן‬ ‫נישט געוואוסט וויאזוי‬ ‫רחמים און ישועה אויף אלעס‬ ‫צו זאגן‪ ,‬די בקשות וואס‬ ‫וואס ער דארף‪.‬‬ ‫מען האט נישט געקענט‬ ‫ארויסברענגען‪ ,‬יעדע באדערפעניש וואס מען טראגט שוין לאנג אין הארץ‪ ,‬און אלע‬ ‫ישועות אויף וואס מען ווארט נאך‪.‬‬ ‫מען דארף נישט האבן קיין ספעציעלע ווערטער‪ .‬מען דארף זיך נאר שטעלן פאר'ן‬ ‫אויבערשטן אזוי ווי מען איז‪ ,‬זיך עפענען פאר איהם און אויסוויינען דאס הארץ פאר‬ ‫איהם‪ ,‬ווי א קינד גייט צום טאטן ער זאל זיך מרחם זיין אויף איהם‪.‬‬ ‫‪ਪ‬מיטן כח פון דוד המלך‬ ‫הושענא רבה‪ ,‬דער זיבעטער טאג פון חג הסוכות‪ ,‬איז דער אושפיזא פון דוד המלך‬ ‫עליו השלום‪ .‬דוד המלך האט אונז אויסגעלערנט וויאזוי א איד זאל דאווענען פון א‬ ‫צובראכן הארץ‪ ,‬מיט געוויין און מיט טרערן‪ .‬ער האט אונז געוויזן דעם וועג‪ ,‬אז ווען א‬ ‫איד קומט צום אויבערשטן פארווייטאגט‪ ,‬און ער וויינט און בעט‪ ,‬זענען זיינע טרערן‬ ‫אליין א תפילה‪.‬‬ ‫אזוי זאגט דוד המלך אין תהלים (ו‪ ,‬ז‪-‬ט)‪" :‬יגעתי באנחתי‪ ,‬אשחה בכל לילה מטתי‪,‬‬ ‫בדמעתי ערשי אמסה‪ ,‬סורו ממני כל פעלי און‪ ,‬כי שמע ד' קול בכיי‪ ,‬שמע ד' תחנתי‪,‬‬ ‫ד' תפלתי יקח"‪.‬‬ ‫דוד המלך רעדט זיך אויס‪ :‬איך בין שוין מיד געווארן פון מיין זיפצן‪ ,‬יעדע נאכט מאך‬ ‫איך מיין בעט שווימען מיט מיינע טרערן‪ ,‬און מיט מיין געוויין מאך איך נאס מיין‬ ‫געלעגער‪ .‬עס גייט אוועק פון מיר אלע וואס טוען שלעכטס‪ ,‬ווייל דער אויבערשטער‬ ‫האט געהערט דעם קול פון מיין געוויין‪ ,‬דער אויבערשטער האט געהערט מיין געבעט‪,‬‬ ‫דער אויבערשטער וועט אננעמען מיין תפילה‪.‬‬ ‫דוד המלך הייבט אן מיט בכי און ענדיגט מיט תפילה‪" :‬כי שמע ד' קול בכיי" ‪ -‬דער‬ ‫אויבערשטער האט געהערט דעם קול פון מיין געוויין‪" ,‬ד' תפלתי יקח" ‪ -‬דער‬ ‫אויבערשטער וועט אננעמען מיין תפילה‪ .‬ער לערנט אונז‪ ,‬אז ווען א איד קומט צום‬ ‫באשעפער מיט טרערן און מיט א קרעכץ‪ ,‬זענען די טרערן נישט נאר א באגלייטער פון‬ ‫זיין דאווענען‪ ,‬נאר דער געוויין ווערט אליין א טייל פון זיין תפילה‪ .‬דער "קול בכי" גייט‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ו‬ ‫ארויף פאר'ן אויבערשטן‪ ,‬און דערפון קומט "ד' תפלתי יקח" ‪ -‬דער אויבערשטער וועט‬ ‫אננעמען מיין תפילה‪.‬‬ ‫דאס איז דער כח פון הושענא רבה‪ ,‬דער טאג פון דוד המלך‪ .‬אפילו ווען די שערי תפילה‬ ‫ווערן פארשלאסן‪ ,‬זענען די שערי דמעות נאך אלץ אפן‪ .‬עס איז נאך פארהאן א וועג פאר‬ ‫א איד צו שטיין פאר'ן אויבערשטן בתפלה ובתחנונים‪ ,‬מעורר זיין רחמים און ממשיך‬ ‫זיין א ישועה פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל‪ .‬א איד קען זיך נאך אלץ שטעלן פאר'ן‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬און מיט דמעות בעטן און אויס'פועל'ן די ישועה וואס ער ווארט שוין אזוי‬ ‫לאנג‪.‬‬ ‫‪ਪ‬הושענא רבה ‪ -‬א צייט פאר טרערן‬ ‫דערפאר‪ ,‬יעדער איינער וואס איז נאך נישט זיכער צי ער האט שוין געהאט א כתיבה און‬ ‫א חתימה לחיים און צו א שנה טובה‪ ,‬און ווייסט נאך נישט וויאזוי עס וועט אויסזעהן דאס‬ ‫נייע יאר‪ ,‬זאל געדענקען אז אין הושענא רבה איז נאך פארהאן א טויער וואס איז אפן‪,‬‬ ‫ווייל עס איז דער גמר החותם‪.‬‬ ‫יעצט איז די צייט אריינצוגיין אין דעם טויער‪ ,‬שטיין פאר'ן "מלך מתרצה בדמעות" ‪ -‬דער‬ ‫מלך וואס לאזט זיך איבערבעטן מיט דמעות‪ ,‬און מיט פשוטע ווערטער אויסצוגיסן דאס‬ ‫הארץ פאר איהם‪.‬‬ ‫בעט אויף אלעס וואס פעלט דיר ‪ -‬אויף דיר אליין‪ ,‬אויף דיין שטוב‪ ,‬אויף דיינע קינדער‪,‬‬ ‫אויף בריאות הגוף והנפש‪ ,‬פרנסה‪ ,‬נחת‪ ,‬און אויף יעדע ישועה אויף וואס דו ווארטסט‬ ‫נאך‪ ,‬לטובה ולברכה‪.‬‬ ‫און בפרט אז הושענא רבה איז דער טאג וואס מיר דאווענען אויף וואסער‪ ,‬זאל מען‬ ‫געדענקען די ווערטער פונעם פסוק (איכה ב‪ ,‬יט)‪" :‬שפכי כמים לבך נוכח פני ד׳" ‪ -‬אויסצוגיסן‬ ‫דאס הארץ ווי וואסער פאר השם יתברך‪ .‬וואסער לאזט זיך נישט איינהאלטן‪ ,‬עס פליסט‬ ‫און שטעלט זיך נישט אפ‪ .‬אזוי זאל א איד אין הושענא רבה אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬גארנישט צוריק האלטן‪ ,‬נאר ארויסגעבן אלעס וואס טוט איהם וויי און זיך‬ ‫אויסבעטן א ישועה‪ .‬יעדע בקשה‪ ,‬יעדע דאגה און יעדע האפענונג זאל מען ברענגען‬ ‫פאר'ן אויבערשטן‪.‬‬ ‫און דעמאלט וועט הושענא‬ ‫ווען א איד קומט צום‬ ‫רבה טאקע זיין א טאג פון‬ ‫באשעפער מיט טרערן און מיט‬ ‫"הושענא רבה" ‪ -‬א טאג פון‬ ‫א גרויסע ישועה‪ ,‬ווען אסאך‬ ‫א קרעכץ‪ ,‬זענען די טרערן‬ ‫רחמים און ישועות וועלן‬ ‫נישט נאר א באגלייטער פון‬ ‫נשפע ווערן אויף אונז און‬ ‫זיין דאווענען‪ ,‬נאר דער געוויין‬ ‫אויף גאנץ כלל ישראל‪.‬‬ ‫ווערט אליין א טייל פון זיין‬ ‫און דער אויבערשטער זאל‬ ‫אננעמען אונזערע תפילות‬ ‫תפילה‪.‬‬ ‫ז‬ ‫הושענא רבה‬ ‫און תחנונים‪ ,‬און מיר זאלן אלע זוכה זיין צו א חתימה בספרן של צדיקים גמורים‪ ,‬לחיים‬ ‫ולשלום‪ ,‬לישועה ולגאולה שלימה‪.‬‬ ‫הֹוַׁשַ ְעְ ָנָא ְלְַמַ ַעַ ְנ ְָָך ֱאֱֹל ֵֹקֵ ינּו הֹוַׁשַ ְעְ ָנָא‬ ‫‪ਪ‬זכות אבות קען מעורר זיין א קטרוג ח״ו‬ ‫דאס וואס מיר בעטן "למענך אלקינו״‪ ,‬קען מען מסביר זיין לויט דעם מנהג וואס ווערט‬ ‫געברענגט אין די פוסקים (עיין טור אורח חיים סימן תרסד)‪ ,‬אז אין הושענא רבה‪ ,‬פאר הלל‪,‬‬ ‫נעמט מען אראפ די דריי רינגלעך פונעם לולב‪.‬‬ ‫די דריי רינגלעך מיט וואס מען בינדט דעם לולב זענען מרמז אויף די דריי אבות‪ ,‬אברהם‬ ‫יצחק און יעקב (עיין טורי זהב‬ ‫סימן תרנא ובשולחן ערוך הרב‬ ‫שם סעיף יא)‪ ,‬און דערמיט‬ ‫ווען מען דערמאנט זכות‬ ‫דערמאנען מיר דעם זכות‬ ‫אבות‪ ,‬קען דאס אליין מעורר‬ ‫פון די הייליגע אבות‪.‬‬ ‫זיין א קטרוג אויף אונז‪.‬‬ ‫אבער כדי צו קענען פועל'ן‬ ‫דערפאר דארף מען מערבב‬ ‫מיט זכות אבות‪ ,‬דארף א‬ ‫מענטש זיין ראוי דערצו און‬ ‫זיין דעם שטן‪ ,‬כדי ער זאל‬ ‫זיין אויף דער מדריגה פון א‬ ‫נישט ח"ו איבערדרייען דעם‬ ‫צדיק (עיין שבת נה‪ ,‬א‪ ,‬ובתוספות‬ ‫זכות אבות‪.‬‬ ‫שם ד"ה ושמואל)‪ .‬ווייל אויב‬ ‫נישט‪ ,‬קען דאס זעלבסט וואס ער פארלאזט זיך אויף זכות אבות גאר מעורר זיין אויף‬ ‫איהם א קטרוג ח"ו‪.‬‬ ‫דאס איז ווי א קעניג'ס זון וואס פירט זיך נישט ווי עס פאסט פאר א בן מלך‪ .‬דאס אליין‬ ‫אז ער דערמאנט אז ער איז דער קעניג'ס זון קען גאר ווערן א קטרוג אויף איהם‪ ,‬ווייל ער‬ ‫איז דאך א בן מלך און ער פירט זיך נישט ווי עס פאסט‪.‬‬ ‫‪ਪ‬בטוח אני באלה ובזכות שלשת אבות‬ ‫מיט דעם קען מען פארשטיין וואס מיר טרעפן ראש השנה ביי תקיעת שופר‪ .‬די תקיעות ‪-‬‬ ‫תקיעה‪ ,‬שברים און תרועה ‪ -‬זענען קעגן אויף אברהם‪ ,‬יצחק און יעקב‪ ,‬כדי צו דערמאנען‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫ח‬ ‫דעם זכות פון די אבות הקדושים (עיין זוהר חלק ג‪ ,‬צט‪ ,‬ב)‪ .‬און דאך לערנט אונז די גמרא (ראש‬ ‫השנה טז‪ ,‬ב)‪ ,‬אז איינע פון די טעמים פון תקיעת שופר איז כדי צו מערבב זיין דעם שטן‪.‬‬ ‫לכאורה איז שווער‪ :‬אויב מיר קומען דאך נישט בעטן אין אונזער אייגענעם זכות‪ ,‬נאר אין‬ ‫זכות פון די אבות הקדושים‪ ,‬וואס קען דער שטן שוין מקטרג זיין דערויף?‬ ‫נאר דער תירוץ איז‪ ,‬אז ווען מען דערמאנט זכות אבות‪ ,‬קען דאס אליין מעורר זיין‬ ‫א קטרוג אויף אונז‪ .‬דערפאר דארף מען מערבב זיין דעם שטן‪ ,‬כדי ער זאל נישט ח"ו‬ ‫איבערדרייען דעם זכות אבות אז עס זאל ווערן א קטרוג אויף אונז‪.‬‬ ‫דאס איז אויך דער כוונה פון די ווערטער וואס מיר זאגן ביי תפילת נעילה‪ ,‬אינעם פיוט‬ ‫פון די י"ג מידות של רחמים‪" :‬בטוח אני באלה [אין די י"ג מדות] ובזכות שלשת אבות"‪.‬‬ ‫מיר זאגן נישט אז מיר פארלאזן זיך נאר אויפן זכות פון די דריי אבות‪ ,‬נאר מיר‬ ‫פארלאזן זיך צוזאמען אויף די י"ג מידות של רחמים און אויף זכות אבות‪ .‬ווייל דער‬ ‫אויבערשטער איז "א־ל רחום וחנון גו'"‪ ,‬דערפאר קענען מיר אויך בעטן אז זכות‬ ‫אבות זאל אונז העלפן‪.‬‬ ‫‪ਪ‬אתה ד' לעולם תשב‪ ,‬כסאך לדור ודור‬ ‫אט דער חשש איז ווען מיר ווילן זיך פארלאזן אויף זכות אבות‪ .‬אבער אויפן אויבערשטן‬ ‫אליין קענען מיר זיך שטענדיג פארלאזן‪ .‬זיינע גרויסע רחמים און חסדים זענען פאר‬ ‫יעדן איד‪ ,‬און ער וועט אונז‬ ‫העלפן אפילו ווען מיר זענען‬ ‫נישט ראוי דערצו‪.‬‬ ‫אויפן אויבערשטן אליין‬ ‫קענען מיר זיך שטענדיג‬ ‫אין פסוק שטייט (איכה ה‪ ,‬יט)‪:‬‬ ‫"אתה ד' לעולם תשב‪ ,‬כסאך‬ ‫פארלאזן‪ .‬זיינע גרויסע‬ ‫לדור ודור"‪ .‬אפילו ביים‬ ‫רחמים און חסדים זענען פאר‬ ‫סוף פון אלע דורות‪ ,‬ווען די‬ ‫יעדן איד‪ ,‬און ער וועט אונז‬ ‫וועלט ווערט שוואכער און‬ ‫די נשמות זענען שוין קטני‬ ‫העלפן אפילו ווען מיר זענען‬ ‫ערך‪ ,‬איז אבער ווייטער‬ ‫נישט ראוי דערצו‪.‬‬ ‫"כסאך לדור ודור"‪ .‬דער‬ ‫אויבערשטער איז מיט אונז אין יעדן דור און אין יעדן מצב‪ .‬ער איז אונזער טאטע‪ ,‬און ער‬ ‫איז דא פאר אונז אייביג‪.‬‬ ‫‪ਪ‬סוכה ‪ -‬זכות אבות מיט י"ג מידות של רחמים‬ ‫דערפאר לייגט מען אלע טעג פון סוכות די דריי רינגלעך אויפן לולב‪ ,‬כדי צו דערמאנען‬ ‫דעם זכות פון די דריי אבות‪ .‬אבער דער זכות אבות מוז מיטקומען צוזאמען מיט די י"ג‬ ‫מידות של רחמים‪.‬‬ ‫ט‬ ‫הושענא רבה‬ ‫ווי מיין זיידע‪ ,‬דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע‪ ,‬שרייבט (זרע קודש לסוכות)‪ ,‬איז סוכה‬ ‫בגימטריא זיבן מאל י"ג (‪ ,)91‬צו מרמז זיין אז יעדן טאג פון די זיבן טעג סוכות‪ ,‬ווען די‬ ‫אושפיזין עילאין קומען אריין אין דער סוכה‪ ,‬זענען זיי משפיע אויף אונז השפעות פון די‬ ‫י"ג מידות של רחמים‪.‬‬ ‫און דאס איז דער צירוף וואס מיר האבן‪ :‬דעם זכות אבות צוזאמען מיט די י"ג מידות של‬ ‫רחמים‪ ,‬בבחינת "בטוח אני באלה ובזכות שלשת אבות"‪.‬‬ ‫‪ਪ‬הושענא רבה – מען נעמט אראפ די דריי רינגען‬ ‫אבער אין הושענא רבה נעמט מען אראפ די דריי רינגלעך פונעם לולב‪ .‬דערמיט ווייזט‬ ‫מען‪ ,‬אז אפילו אויב מיר זענען נישט ראוי צו דערמאנען דעם זכות פון די דריי אבות‪,‬‬ ‫פארלאזן מיר זיך אויפן‬ ‫אויבערשטן אליין‪ ,‬און מיר‬ ‫בעטן פון איהם אז ער אליין‬ ‫מען נעמט אראפ די רינגלעך‪,‬‬ ‫זאל אונז העלפן מיט זיינע‬ ‫און מיר בלייבן מיט די‬ ‫גרויסע חסדים‪.‬‬ ‫ארבעה מינים אליין‪ ,‬צו ווייזן‬ ‫דאס ווערט מבואר פון‬ ‫דעם מדרש (ויקרא רבה פ"ל‬ ‫אז מיר פארלאזן זיך נישט‬ ‫ט) אויפן פסוק (ויקרא כג‪,‬‬ ‫אויף קיין אנדערע זכות‪ ,‬נאר‬ ‫מ) "ולקחתם לכם‪ :‬פרי עץ‬ ‫אויף ד' יתברך אליין‪.‬‬ ‫הדר" ‪ -‬זה הקב"ה‪" ,‬כפות‬ ‫תמרים" ‪ -‬זה הקב"ה‪" ,‬ענף עץ עבות" ‪ -‬זה הקב"ה‪" ,‬וערבי נחל" ‪ -‬זה הקב"ה‪.‬‬ ‫דערפאר נעמט מען אראפ די רינגלעך‪ ,‬און מיר בלייבן מיט די ארבעה מינים אליין‪ ,‬צו‬ ‫ווייזן אז מיר פארלאזן זיך נישט אויף קיין אנדערע זכות‪ ,‬נאר אויף ד' יתברך אליין‪.‬‬ ‫‪ਪ‬הושענא למענך אלקינו‬ ‫הֹוַׁש ְְעָנָ א"‪.‬‬ ‫ֹלֵקינּו ַ‬ ‫"הֹוַׁש ְְעָנָ א ְְל ַַמ ַַעְנְ ָך ֱֱא ֵ‬ ‫ַ‬ ‫דאס איז וואס מיר הייבן אן מיט דער בקשה‪:‬‬ ‫אפילו אויב מיר זענען נישט זוכה צו קומען מיט דעם זכות פון די אבות הקדושים‪,‬‬ ‫פארלאזן מיר זיך אויפן אויבערשטן אליין‪ .‬דו ביסט אלקינו‪ ,‬אונזער טאטע‪ ,‬און א טאטע‬ ‫פארלאזט נישט זיינע קינדער‪ .‬ווי א געטרייער פאסטוך פארלאזט נישט צאן מרעיתו‪,‬‬ ‫אזוי פארלאזט דער אויבערשטער קיינמאל נישט זיינע קינדער‪.‬‬ ‫דערפאר ווענדן מיר זיך צו איהם אליין און בעטן‪" :‬למענך אלקינו הושענא"‪ .‬דו ביסט‬ ‫אלקינו‪ ,‬און מיר קומען צו דיר‪ ,‬און בעטן פון דיר‪ :‬הושענא ‪ -‬העלף אונז‪ ,‬ראטעווע אונז‪,‬‬ ‫און געב אונז די ישועה וואס מיר דארפן‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫י‬ ‫הֹוַׁשַ ְעְ ָנָא ְלְַמַ ַעַ ְנ ְָָך ְ‬ ‫ּבֹוְרֵאֵ נּו הֹוַׁשַ ְעְ ָנָא‬ ‫‪ਪ‬״בורא רפואות״‬ ‫מיר זאגן יעדן טאג אין דאווענען‪" :‬בורא רפואות" ‪ -‬דער אויבערשטער איז דער וואס‬ ‫באשאפט שטענדיג רפואות‪ .‬ווייל נישט אלעמאל קען א מענטש געהאלפן ווערן מיט א‬ ‫רפואה וואס איז שוין פארהאן אויף דער וועלט‪ .‬עס זענען ליידער דא חולים פאר וועמען‬ ‫עס איז נאך נישט דא קיין רפואה בדרך הטבע‪ ,‬און דער אויבערשטער דארף פאר זיי‬ ‫באשאפן א נייע רפואה‪ ,‬וואס איז ביז יעצט נאכנישט געווען‪.‬‬ ‫‪ਪ‬יעדן טאג דארף מען נייע ישועות‬ ‫אויף דעם זעלבן וועג איז אויך מיט אלעס סארט ישועות‪ .‬חז"ל זאגן (סוטה מט‪ ,‬א)‪" :‬אין לך‬ ‫יום שאין קללתו מרובה מחברתה" ‪ -‬עס איז נישט דא קיין טאג וואס זיין קללה איז נישט‬ ‫גרעסער פונעם טאג פארדעם‪ .‬יעדן טאג קומען צו נייע שוועריקייטן‪ ,‬נייע צרות און נייע‬ ‫באדערפענישן‪ ,‬און דערפאר‬ ‫דארף דער אויבערשטער‬ ‫כסדר באשאפן נייע ישועות‬ ‫היינט זענען דא ביי‬ ‫‪ -‬ישועות אויף מצבים וואס‬ ‫כלל ישראל צרות און‬ ‫מען האט ביז יעצט נאך‬ ‫שוועריקייטן וואס מען האט‬ ‫נישט געדארפט‪.‬‬ ‫אין די פריערדיגע דורות‬ ‫און טאקע‪ ,‬אבותינו ורבותינו‬ ‫הקדושים האבן‪ ,‬מיט זייער‬ ‫נישט געקענט וויסן‪ ,‬און‬ ‫גרויס קדושה און עבודת ד'‪,‬‬ ‫מיר דארפן היינט ישועות‬ ‫געארבעט מיט מסירות נפש‬ ‫וואס מען האט אמאל נישט‬ ‫ממשיך צו זיין אויף דער‬ ‫וועלט נייע ישועות‪ ,‬און‬ ‫געדארפט‪ .‬מיר דארפן‬ ‫דורך זייער עבודת הקודש‬ ‫געהאלפן ווערן אויף‬ ‫זענען אסאך אידן געהאלפן‬ ‫פראבלעמען וואס זענען נאך‬ ‫געווארן‪.‬‬ ‫קיינמאל נישט געווען‪ ,‬אויף‬ ‫אבער פון יענע צייט ביז‬ ‫היינט זענען מיר גאר ווייט‬ ‫צרות פאר וועלכע עס איז‬ ‫געפאלן‪ .‬היינט זענען דא‬ ‫ביז יעצט נישט דא קיין עצה‬ ‫ביי כלל ישראל צרות און‬ ‫בדרך הטבע‪.‬‬ ‫שוועריקייטן וואס מען‬ ‫האט אין די פריערדיגע דורות נישט געקענט וויסן‪ ,‬און מיר דארפן היינט ישועות וואס‬ ‫מען האט אמאל נישט געדארפט‪ .‬מיר דארפן געהאלפן ווערן אויף פראבלעמען וואס‬ ‫אי‬ ‫הושענא רבה‬ ‫זענען נאך קיינמאל נישט געווען‪ ,‬אויף צרות פאר וועלכע עס איז ביז יעצט נישט דא קיין‬ ‫עצה בדרך הטבע‪.‬‬ ‫דאס איז וואס מיר בעטן‪" :‬הושענא למענך בוראנו הושענא"‪.‬‬ ‫דו וואס ביסט דער שטענדיגער בורא‪ ,‬האב רחמנות און באשאף פאר אונז די ישועות‬ ‫וואס מיר דארפן היינט‪ .‬אפילו מיר זעהן נישט קיין וועג וויאזוי עס זאל קומען די ישועה‪,‬‬ ‫קענסטו עס באשאפן פון דאסניי און ברענגען פאר אונז נייע ישועות און רפואות‪.‬‬ ‫הֹוַׁשַ ְעְ ָנָא ְלְַמַ ַעַ ְנ ְָָך ּגֹו ֲֲאֵלֵנּו הֹוַׁשַ ְעְ ָנָא‪.‬‬ ‫‪ਪ‬דער ארימאן וואס קען נישט אנקומען צום קעניג‬ ‫דאס קען מען פארשטיין מיט די ווערטער פון דוד המלך (תהלים יח‪ ,‬כז)‪" :‬כי אתה עם עני‬ ‫תושיע" ‪ -‬דער באשעפער העלפט דעם ארעמען פאלק‪.‬‬ ‫משל למלך וואס האט אויסגערופן‪ ,‬אז אין א געוויסן טאג וועט ער געבן פאר אלע‬ ‫ארעמעלייט אין זיין קעניגרייך אלעס וואס זיי דארפן‪ .‬אלע ארעמעלייט האבן זיך‬ ‫זייער געפרייט‪ ,‬און אין דעם באשטימטן טאג האבן זיי זיך ארויסגעלאזט און זיך‬ ‫צוזאמענגעקומען ביים טויער פונעם קעניג‪.‬‬ ‫אבער צווישן זיי איז געווען‬ ‫איין ארעמאן וואס האט‬ ‫זיך נישט געפרייט מיט‬ ‫די שאלה איז נישט נאר ווען‬ ‫די אנדערע‪ .‬פארקערט‪,‬‬ ‫די גאולה וועט קומען‪ ,‬נאר‬ ‫ער איז געשטאנען און‬ ‫געוויינט‪ .‬ווען מען האט‬ ‫אויך ווער פון אונז וועט זוכה‬ ‫איהם געפרעגט פארוואס‬ ‫זיין צו ווערן אויסגעלייזט‪.‬‬ ‫ער וויינט‪ ,‬האט ער‬ ‫געענטפערט‪" :‬איך בין אזוי ארעם‪ ,‬אז איך האב אפילו נישט קיין געלט פאר די נסיעה ביז‬ ‫צום קעניג‪ .‬און פון גרויס שוואכקייט האב איך שוין נישט קיין כח אפילו צו גיין צופיס‪.‬‬ ‫וויאזוי וועל איך בכלל אנקומען צום טויער"?‬ ‫‪ਪ‬ווער וועט זוכה זיין צו די גאולה?‬ ‫דער נמשל איז‪ ,‬אז אפילו אויב מיר וואלטן געוואוסט זיכער אז היינט איז דער טאג פון‬ ‫דער גאולה‪ ,‬וואלטן מיר נאך אלץ געדארפט וויינען און שרייען‪" :‬הושענא למענך גואלנו‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫בי‬ ‫הושענא"‪ .‬ווייל די שאלה איז נישט נאר ווען די גאולה וועט קומען‪ ,‬נאר אויך ווער פון אונז‬ ‫וועט זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט‪.‬‬ ‫ביי יציאת מצרים זענען דאך נאר ארויסגעגאנגען איינס פון יעדע פינף אידן (רש"י שמות‬ ‫יג‪ ,‬יח)‪ .‬און אזוי זאגן חז"ל אויך בנוגע דער גאולה העתידה (סנהדרין קיא‪ ,‬א)‪ ,‬אז נאר צוויי פון‬ ‫זעקס הונדערט טויזנט וועלן זוכה זיין צו זעהן די גאולה‪.‬‬ ‫דערפאר זאגט דוד המלך‪" :‬כי אתה עם עני תושיע"‪ .‬אפילו מיר זענען ווי דער ארעמאן‬ ‫אין די משל‪ ,‬אזוי שוואך און צובראכן‪ ,‬אז מיר האבן נישט קיין כח אליין צו קומען‬ ‫צום טויער פון דער ישועה‪ ,‬דאך וועט דער אויבערשטער אונז העלפן און אויך אונז‬ ‫אויסלייזן‪.‬‬ ‫‪ਪ‬דורכגיין דעם גאנצן גלות‬ ‫און זוכה זיין צו דער גאולה‬ ‫און באמת‪ ,‬איז שווער זיך אפילו פארצושטעלן ווי גרויס דער צער וואלט געווען‪ ,‬ווען‬ ‫א איד גייט דורך אלע יארן פון גלות‪ ,‬מיט אלע צרות און יסורים וואס זענען געקומען‬ ‫אויף כלל ישראל‪ ,‬און צום סוף דערלעבט מען די גאולה ‪ -‬אבער ער איז נישט זוכה צו‬ ‫זיין דערין‪ .‬מען האט אזוי לאנג געווארט און געבעטן אויף די גאולה‪ ,‬און ווען עס קומט‪,‬‬ ‫בלייבט נאך א גרויסער חלק פון כלל ישראל אין גלות‪ ,‬ווייל נאר "אחד מעיר ושנים‬ ‫ממשפחה״ וועלן ווערן אויסגעלייזט‪.‬‬ ‫אבער דאס איז נאר אויב די גאולה וועט קומען דורך חבלי משיח‪ ,‬מיט שווערע יסורים‬ ‫און צרות‪ .‬עס קען אבער זיין א גאולה וואס קומט אויף א רואיגער וועג‪ ,‬ווי עס שטייט‬ ‫(ישעיה ל‪ ,‬טו) "בשובה ונחת‬ ‫תושעון" ‪ -‬דורך רואיגקייט‬ ‫און מנוחה וועט איר‬ ‫דאס איז די גאולה וואס מיר‬ ‫געהאלפן ווערן‪.‬‬ ‫ווארטן אויף ‪ -‬א גאולה וואס‬ ‫און אזוי שטייט אויך‬ ‫נעמט מיט זיך יעדן איינציגן‬ ‫(ירמיה לא‪ ,‬ז)‪" :‬וקבצתים‬ ‫מירכתי ארץ‪ ,‬בם עור‬ ‫איד‪ .‬נישט נאר די וואס זענען‬ ‫ופסח‪ ,‬הרה ויולדת יחדיו‪,‬‬ ‫שטארק און קענען אליין‬ ‫קהל גדול ישובו הנה"‪.‬‬ ‫דער אויבערשטער וועט‬ ‫אנקומען‪ ,‬נאר אויך דער וואס‬ ‫צוזאמנעמען אידן פון די‬ ‫איז שוואך און קען זיך נישט‬ ‫ווייטסטע עקן פון דער‬ ‫וועלט‪ ,‬און צווישן זיי וועלן‬ ‫אליין העלפן‪.‬‬ ‫זיין דער בלינדער און דער‬ ‫פארהינקטער‪ ,‬די שוואנגערע און די פרוי וואס גייט געבוירן‪ .‬קיינער וועט נישט זיין צו‬ ‫שוואך און קיינער וועט נישט זיין אויסגעשלאסן‪ .‬אלע וועלן צוזאמען צוריקקומען‪" ,‬קהל‬ ‫גדול ישובו הנה"‪.‬‬ ‫גי‬ ‫הושענא רבה‬ ‫דאס איז די גאולה וואס מיר ווארטן אויף ‪ -‬א גאולה וואס נעמט מיט זיך יעדן איינציגן‬ ‫איד‪ .‬נישט נאר די וואס זענען שטארק און קענען אליין אנקומען‪ ,‬נאר אויך דער וואס איז‬ ‫שוואך און קען זיך נישט אליין העלפן‪.‬‬ ‫אויף אזא אופן וועט די גאולה זיין א ישועה פאר גאנץ כלל ישראל‪ ,‬און קיין איין איינציגער‬ ‫איד וועט חלילה נישט בלייבן דא אין גלות‪.‬‬ ‫‪ਪ‬די גאולה זאל זיין פאר יעדן איד‬ ‫דערפאר חזרן מיר איבער די בקשה‪" :‬הושענא למענך גואלנו הושענא"‪.‬‬ ‫קודם בעטן מיר אז דער גואל צדק זאל קומען‪ ,‬אז דער אויבערשטער זאל שוין אויסלייזן‬ ‫כלל ישראל און אונז ברענגען די ישועה וואס מיר ווארטן אזוי לאנג דערויף‪.‬‬ ‫אבער דערנאך זאגן מיר‬ ‫נאכאמאל "הושענא" ‪-‬‬ ‫רבונו של עולם‪ ,‬העלף‬ ‫מיר בעטן נישט נאר אז די‬ ‫אונז אז מיר זאלן אויך זיין‬ ‫גאולה זאל שוין קומען‪,‬‬ ‫אריינגערעכנט דערין און‬ ‫חלילה נישט איבערבלייבן‬ ‫נאר אז יעדער איינער פון‬ ‫דא‪ .‬די גאולה זאל זיין א‬ ‫אונז זאלן זוכה זיין צו ווערן‬ ‫ישועה פאר גאנץ כלל‬ ‫ישראל‪ ,‬און מיר מיט‬ ‫אויסגעלייזט‪" ,‬והעלנו‬ ‫אונזערע קינדער זאלן אלע‬ ‫בתוכה ושמחנו בבנינה"‪,‬‬ ‫זוכה זיין צו זיין א חלק פון‬ ‫דער גאולה שלימה‪.‬‬ ‫און קיין איין איד זאל חלילה‬ ‫"הושענא למענך גואלנו‬ ‫נישט בלייבן אין גלות‬ ‫הושענא" ‪ -‬מיר בעטן נישט‬ ‫נאר אז די גאולה זאל שוין קומען‪ ,‬נאר אז יעדער איינער פון אונז זאלן זוכה זיין צו ווערן‬ ‫אויסגעלייזט‪" ,‬והעלנו בתוכה ושמחנו בבנינה"‪ ,‬און קיין איין איד זאל חלילה נישט בלייבן‬ ‫אין גלות‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫די‬ ‫וט‬ ‫הושענא רבה‬ ‫נקודות למעשה בעבודת ד'‬ ‫היוצאות מן המאמר‪:‬‬ ‫•להתחזק בכח התחנונים‪ ,‬שגם כאשר שערי תפילה‬ ‫הולכים וננעלים‪ ,‬שערי דמעות עדיין פתוחים‪ ,‬ויש‬ ‫מקום לעמוד לפני הקב"ה ולעורר רחמים‪.‬‬ ‫•לשפוך את הלב לפני ד'‪ ,‬בתפילה מתוך לב נשבר‬ ‫ובבכי‪ ,‬כדרכו של דוד המלך‪ ,‬ולדעת שדמעותיו‬ ‫עצמן תפילה הן‪.‬‬ ‫•לשים מבטחנו ברחמי ד'‪ ,‬שגם כאשר אין בידינו‬ ‫די זכויות‪ ,‬עלינו לבטוח באבינו שבשמים בעצמו‬ ‫ולסמוך על רחמיו‪.‬‬ ‫•להאמין בכוחו יתברך לברוא ישועה חדשה‪ ,‬וגם‬ ‫כאשר אין אנו רואים דרך לישועה‪ ,‬לבקש ממנו‬ ‫שיברא עבורנו ישועה חדשה שלא היתה עד עתה‪.‬‬ ‫•להתפלל שגם בגאולה השלימה לא יישאר חלילה‬ ‫אף יהודי בגלות‪ ,‬אלא שנזכה כולנו‪ ,‬כל אחד ואחד‬ ‫עם בני ביתו‪ ,‬להיות בכלל הנגאלים‪.‬‬ ‫עולת שבת ‪ -‬מונקאטש‬ ‫זט‬