gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

דברות קודש סאטמאר - אידיש · Dibrois Koidesh Satmar - Yiddish — סוכות (2026-09-21)

מוציא לאור: דברות קודש סאטמאר - אידיש · Dibrois Koidesh Satmar - Yiddish

שבוע: סוכות (2026-09-21)

דברות קודש סאטמאר - אידיש · Dibrois Koidesh Satmar - Yiddish — סוכות (2026-09-21)

פתח את ה-PDF הורדה

‫בס"ד‬ ‫קונטרס‬ ‫מאת‬ ‫כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬ ‫‪p‬‬ ‫יו"ל ע"י‬ ‫ועד להוצאת ספרי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א‬ ‫סוכות שנת תשפ"ז לפ"ק פק"ק קרית יואל יצ"ו‬ ‫ברכ‪ ‰‬לר‡˘ מ˘ביר‬ ‫ידידינו הרבני החשוב המפואר‪ ,‬יפה פרי תואר‪ ,‬ראש וראשון לכל‬ ‫דבר שבקדושה‪ ,‬במדה מרובה וגדושה‪ ,‬רודף צדקה וחסד ביד‬ ‫רחבה ורוח נדיבה‪ ,‬מכבד ה' מהונו‪ ,‬נודע בצדקת פזרונו‪ ,‬כשמן‬ ‫הטוב תורק שמו‪ ,‬עצה ותושיה ממנו נהנים‪ ,‬מש"ה זכה וזיכה את‬ ‫הרבים בהדפסת ספרי קדמונים‪ ,‬שבחו הטוב מי ימלל‪ ,‬אין גומרין‬ ‫עליו את ההלל‬ ‫מו"‪ ‰‬פינחס מ˘‪‡ú ‰‬נ„‡ נ"י‬ ‫אשר נדבה רוחו‬ ‫לנדב הוצאת הקונטרס הזה‬ ‫ישא ברכה מאת ה' וצדקה מאלקי ישעו ויתברך ממעון הברכות‬ ‫בהשפעות טובות וכל מילי דמיטב‪ ,‬ואך טוב וחסד ירדוף אותו כל‬ ‫הימים‪ ,‬רב נחת דקדושה‪ ,‬במדה מרובה וגדושה‪ ,‬ויזכה להמשיך‬ ‫בפעולותיו הנכבדות רבות בשנים בבריות גופא ונהורא מעליא‪,‬‬ ‫עד ביאת הגואל‬ ‫קונטרס‬ ‫ילקוט דברות קודש‬ ‫‪ h‬לחג הסוכות ‪g‬‬ ‫‹‬ ‫› למען ידעו דורותיכם ‪ -‬וויסן און אנערקענען דאס חשיבות‬ ‫דער יום טוב סוכות איז משפיע דעת )זרע קודש לחג הסוכות(‪ .‬צו זיין אן‬ ‫ערליכער איד‪ ,‬צו זיין אן עבד ה'‪ ,‬און צו דינען דעם הייליגן באשעפער‪,‬‬ ‫פעלט זיך אויס אז א מענטש זאל וויסן‪ :‬איך האב א הייליגע נשמה‪ ,‬א‬ ‫חלק אלוה ממעל‪ ,‬עס פאסט פאר מיר‪ ,‬און עס איז מיין פליכט צו דינען‬ ‫דעם באשעפער‪ ,‬איך דארף לערנען‪ ,‬איך דארף דאווענען‪ ,‬און איך דארף‬ ‫מקיים זיין מצות ומעשים טובים‪.‬‬ ‫א מענטש טאר זיך נישט אוועק מאכן‪ ,‬דאס איז איינס פון די ארגסטע‬ ‫זאכן ווען א מענטש מאכט זיך אוועק 'איך בין גארנישט'‪ ,‬דאס איז דרכי‬ ‫היצר אריינצוברענגען אינעם מענטש ענוה פסולה‪ ,‬און דעמאלטס‬ ‫פארגייט אים דער אפעטיט צו לערנען צו דאווענען און צו טוהן מצות‬ ‫און מעשים טובים‪ ,‬ער טראכט‪ :‬איך בין דאך גארנישט‪ ,‬און מיינע מצות‬ ‫זענען ממילא גארנישט נישט ווערד‪ ,‬פארוואס זאל איך זיך פלאגן צו‬ ‫טוהן א מצוה‪ ,‬חלילה!‬ ‫דער יום טוב סוכות קומט אונז מחזק זיין און געבט אונז דעם‬ ‫ריכטיגן דעת צו וויסן‪ :‬יא‪ ,‬וואס איך בין‪ ,‬בין איך‪ ,‬אבער איך בין! איך‬ ‫בין א איד; איך דארף זיין אן ערליכער איד‪ ,‬איך קען זיין אן ערליכער‬ ‫איד‪ ,‬און איך וועל זיין אן ערליכער איד‪ .‬דאס איז מיין פליכט‪ ,‬און איך‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫ב‬ ‫האב אן אמת'ן ווערד‪ .‬יעדער איד פארמאגט א הייליגע נשמה‪ ,‬א חלק‬ ‫אלוק ממעל‪ ,‬און ער איז מזרע אברהם יצחק און יעקב‪.‬‬ ‫דאס איז פשט‪' ,‬למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני‬ ‫ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים'‪ ,‬אין מצרים זענען אידישע קינדער‬ ‫געווען אין א גאר נידעריגן מצב‪ ,‬אריינגעזונקען אין די מ"ט שערי‬ ‫טומאה‪ ,‬בבחינת 'ואת ערום ועריה'‪ .‬פונדעסטוועגן‪ ,‬ווען זיי זענען‬ ‫ארויסגעקומען פון מצרים‪ ,‬האט דער אייבערשטער זיי גענומען פאר זיין‬ ‫פאלק און זיי געגעבן די הייליגע תורה‪ ,‬ווייל זיי זענען זרע אברהם יצחק‬ ‫ויעקב‪ .‬ממילא איז נישטא אזא זאך אז א איד זאל זאגן‪' :‬איך בין‬ ‫גארנישט'‪ .‬איך בין יא! איך בין א איד‪ ,‬און דאס דארף יעדער איד‬ ‫שטענדיג חזר'ן צו זיך‪.‬‬ ‫סוכות זיצט מען בצילא דמהימנותא‪ ,‬יעדער איד בויעט א סוכה‪ ,‬און‬ ‫ווען ער גייט אריין אין די סוכה איז ער זוכה צו זיצן בצל א"ל‪ ,‬אויב איז‬ ‫ער גארנישט‪ ,‬ווי קען ער אריינקומען בצל א"ל? לכאורה וואלט אזא‬ ‫הויכע מדריגה געדארפט זיין נאר פאר גאר גרויסע צדיקים?! דער אמת‬ ‫איז אבער‪ ,‬אז יעדער איד קומט אריין אין די סוכה און ער איז זוכה צו‬ ‫זיצן בצל א"ל‪ ,‬ווייל יעדער איד איז חשוב‪ ,‬און יעדע מצוה וואס א איד‬ ‫טוט איז חשוב ביים רבונו של עולם‪ ,‬ס'איז נישט אוועק צו מאכן נישט‬ ‫קיין מצוה קלה און אוודאי נישט נישט קיין מצוה חמורה‪ ,‬יעדע קליינע‬ ‫זאך וואס א איד טוט איז ווערד און חשוב‪ ,‬זיין תורה איז ווערד‪ ,‬זיין‬ ‫דאווענען איז ווערד‪ ,‬זיין צדקה איז ווערד‪ ,‬וואס ער טוט‪ ,‬אלעס איז‬ ‫ווערד‪ ,‬אלעס איז חשוב ביים רבש"ע‪ ,‬חלילה זיך אליינס אוועק צו מאכן‪,‬‬ ‫נאר האבן חיזוק‪ ,‬איך בין א איד!‪ ,‬און איך וועל זיין א ערליכער איד!‪,‬‬ ‫און איך וועל נאך זיין נאך א בעסערער איד!‪ ,‬איך וועל נאך זיין נאך‬ ‫ערליכער!‪ ,‬און איך וועל דינען דעם באשעפער!‪.‬‬ ‫ג‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫ס'איז דא א מורא'דיגע ווארט פון קדושת לוי )פ' עקב( ער רעדט פון‬ ‫ענוה‪ ,‬זאגט ער‪ ,‬דער אייבערשטער איז מקבל תענוג פון דער עבודה פון‬ ‫יעדן איד‪ .‬אמאל קען א מענטש זיך איינרעדן‪ :‬ווי קען דען זיין‪ ,‬אז דער‬ ‫גרויסער און הייליגער באשעפער‪ ,‬וואס איז רם על כל רמים‪ ,‬זאל האבן‬ ‫א תענוג פון מיר און פון מיין עבודה? דער קדושת לוי שרייבט גאר‬ ‫שארף‪ ,‬אז אזא מחשבה איז אפיקורסות‪ .‬א מענטש דארף וויסן‪ :‬יא‪ ,‬איך‬ ‫בין וואס איך בין; אבער ווען איך בין מקיים מצות‪ ,‬איז דער‬ ‫אייבערשטער כביכול מקבל תענוג פון מיינע מצות‪.‬‬ ‫די ווערטער געבן א געוואלדיגן חיזוק פאר יעדן איינציגן איד‪ .‬ער‬ ‫זאל וויסן‪ :‬יא‪ ,‬איך בין אן ערליכער איד; איך דאווען‪ ,‬איך לערן און איך‬ ‫בין מקיים מצות‪ .‬איך דארף טאקע שטרעבן צו ווערן בעסער און‬ ‫ערליכער‪ ,‬איך מעג זיין בעסער און איך דארף זיין בעסער‪ ,‬אבער חלילה‬ ‫זיך אוועק צו מאכן‪ ,‬דאס איז די ארגסטע זאך וואס קען זיין‪.‬‬ ‫דער יום טוב סוכות געבט אונז די התחזקות צו וויסן‪ ,‬אז יעדער איד‬ ‫איז חשוב‪ ,‬יעדע מצוה איז חשוב‪ ,‬יעדעס בלאט גמרא וואס מען לערנט‬ ‫איז חשוב‪ ,‬און יעדע זאך וואס מען טוט פארן רבונו של עולם איז חשוב‬ ‫ביים רבונו של עולם‪ .‬דער אייבערשטער זאל העלפן‪ ,‬אידן זאלן קענען‬ ‫מקיים זיין מצות מיט הרחבת הדעת‪ ,‬נחת און שמחה‪ ,‬און מיט אלעם‬ ‫גוטן תמיד‪) .‬ליל אושפיזא דמשה תשפ"ו(‬ ‫*‬ ‫‹‬ ‫› די סוכה איז משפיע פאר יעדן פשוט'ן איד‬ ‫ווען א איד קומט אריין אין די סוכה איז די סוכה משפיע געוואלדיגע‬ ‫גרויסע ענינים‪ .‬אבער א מענטש קען ביי זיך טראכטן‪ ,‬דאס וואס די סוכה‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫ד‬ ‫איז משפיע הייליגע ענינים‪ ,‬דאס איז געזאגט געווארן פאר די בני עליה‪,‬‬ ‫הייליגע אידן‪ ,‬אבער פאר מיר? איך בין א פשוט'ער ארבעטער‪ ,‬איך גיי‬ ‫און איך קום‪ ,‬די סוכה קען אויף מיר משפיע זיין?‪.‬‬ ‫דער פסוק זאגט‪ ,‬בסוכות תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו‬ ‫בסוכות‪ ,‬יעדער איינציגער איד דארף זיצן אין די סוכה‪ ,‬און יעדער‬ ‫איינציגער איד ווערט נשפע מיט השפעות קדושות פון די סוכה‪ ,‬למען‬ ‫ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ‬ ‫מצרים‪ ,‬ווען דער אייבערשטער האט ארויסגענומען די אידן פון מצרים‪,‬‬ ‫וואס מיינט איר ווי אזוי זענען אידישע קינדער געווען דעמאלטס‪ ,‬בעלי‬ ‫מדריגה זענען זיי געווען?‪ ,‬ווען מ'איז ארויסגעגאנגען פון מצרים איז‬ ‫מען געווען גאנץ שוואכע בעלי מדריגה‪ ,‬און גלייך ווען זיי זענען ארויס‬ ‫פון מצרים‪ ,‬שטייט )במדבר לג ה( ויסעו בני ישראל מרעמסס ויחנו‬ ‫בסוכות‪ ,‬און דער מדרש זאגט )במ"ר פי"ד ס"ב‪ ,‬ילקוט בא רמז ר"ט( ויחנו‬ ‫בסוכות‪ ,‬דער אייבערשטער האט זיי אריינגעזעצט אין א סוכה‪ ,‬ווי‬ ‫שוואך מ'איז געווען האט מען זיי אריינגעזעצט אין א סוכה‪ ,‬און דאס‬ ‫קומט ווייזן אז די סוכה איז משפיע קדושה פארן יעדן איינציגן איד‪.‬‬ ‫דאס געבט חיזוק פאר יעדן איינציגן איד‪ ,‬ער זאל וויסן איך האב די‬ ‫זכיה איך זיץ אין די סוכה‪ ,‬און די סוכה איז אויף מיר משפיע‪ ,‬נישט נאר‬ ‫היינט נאר אויף א גאנץ יאר‪ ,‬די סוכה איז משפיע נישט נאר פאר די בני‬ ‫עליה‪ ,‬נאר אויך פאר מיר‪ ,‬אין דעם מצב וואס איך בין‪ ,‬פאר מיר אין מיין‬ ‫מצב איז די סוכה אויף מיר משפיע קדושה‪ ,‬און א גאנץ יאר שעפ איך‬ ‫פון דעם חיות דקדושה‪.‬‬ ‫און דאס איז א געוואלדיגע חיזוק פאר יעדן איינציגן איד עד היום‬ ‫הזה‪ ,‬אין וואספארא מצב מ'זאל נאר נישט זיין‪ ,‬סוכה איז משפיע‪ ,‬סוכה‬ ‫ה‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫הייליגט‪ ,‬סוכה געבט אריין כוחות דקדושה פאר א איד זיך מחזק צו זיין‬ ‫אין עבודת ה'‪ ,‬צו לערנען צו דאווענען צו דינען דעם באשעפער‪ ,‬צו‬ ‫טוהן די רצון ה'‪.‬‬ ‫דאס געבט כח און חיזוק פארן יעדן איד‪ ,‬אז ס'איז נישטא קיינער‬ ‫וואס אים מיינט מען נישט‪ ,‬יעדער איד דארף וויסן די סוכה מיינט מיר‪,‬‬ ‫פאר מיר איז דאס משפיע‪ ,‬און איך שעפ פון דעם א כח הקדושה א כח‬ ‫רוחני‪) .‬ליל אושפיזא דיוסף תשפ"ו(‬ ‫*‬ ‫‹‬ ‫› למען ידעו דורותיכם ‪ -‬די קינדער זאלן זיך אפלערנען‬ ‫א איד דארף טוהן א מצוה מיט אן התלהבות דקדושה‪ ,‬און מיט א‬ ‫שמחה של מצוה‪ ,‬די קינדער זאלן צוקוקן ווי אזוי דער טאטע איז מקיים‬ ‫א מצוה בדחילו ורחימו‪ ,‬און ס'קאכט אין אים אלע רמ"ח איברים און‬ ‫אלע שס"ה גידים‪ ,‬ער לעבט מיט א מצוה‪ ,‬מיט אזא מין חיות דקדושה‪,‬‬ ‫אז די קינדער זאלן דאס איבערנעמען‪ ,‬אזוי איז מען מקיים א מצוה‪ ,‬מיט‬ ‫א ברען! מיט קאך! מיט א לעבעדיגקייט! מיט א פרישקייט! מיט א‬ ‫גליקליכקייט!‬ ‫ווען א איד האט די זכיה מקיים צו זיין א מצוה פון די תרי"ג מצוות‪,‬‬ ‫דארף ער שפירן אזא מין גליקליכקייט‪ ,‬אשרינו מה טוב חלקינו‪ ,‬און ווען‬ ‫ער מאכט א ברכה יום טוב‪ ,‬אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון‪,‬‬ ‫זאל ער דאס פילן מיט אזא מין הרגש‪ ,‬א קינד זאל זען ווען דער טאטע‬ ‫מאכט קידוש און ער זאגט אשר בחר בנו מכל עם‪ ,‬זאגט ער עס נישט‬ ‫בלויז ווייל ס'שטייט אזוי אין סידור‪ ,‬ווייל ס'שטייט אזוי אין מחזור‪ ,‬נאר‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫ו‬ ‫ער זאל זעהן אינעם טאטן אזא מין גליקליכקייט‪ ,‬אז דאס איז זיין‬ ‫גרעסטער גליק‪ ,‬אשר בחר בנו מכל עם ורוממנו מכל לשון‪.‬‬ ‫מען זאגט יום טוב יעדן טאג‪ ,‬אתה בחרתנו מכל העמים אהבת אותנו‬ ‫ורצית בנו ורוממתנו מכל הלשונות‪ ,‬ער זאל דאס זאגן מיט אזא מין חיות‬ ‫און מיט אזא לעבעדיגקייט‪ ,‬אז ער האלט טאקע דערביי‪ ,‬ער שפירט אז‬ ‫זיין גאנצע גליק זיין גאנצע חיות זיין גאנצע לעבן‪ ,‬באקומט אזא מין‬ ‫חיות דקדושה אין א קיום המצוה‪ ,‬און ווען א קינד זעהט דאס צו ביי זיין‬ ‫טאטן‪ ,‬גייט דאס אים אריין אין די ביינער‪ ,‬און ער איז מנחיל די חיות‬ ‫דקדושה פאר די קינדער‪.‬‬ ‫דאס איז בסוכות תשבו שבעת ימים‪ ,‬מ'זאל אזוי זיצן אין די סוכה‪,‬‬ ‫מיט אזא מין התעוררות דקדושה‪ ,‬מקיים זיין די מצוה מיט אזא מין חיות‬ ‫דקדושה‪ ,‬למען ידעו דורותיכם‪ ,‬אז די קינדער זאלן דאס וויסן‪ ,‬די קינדער‬ ‫זאלן דאס מרגיש זיין‪ ,‬זיי זאלן זעהן וואס דאס הייסט א טאטע לעבט‬ ‫מיט א מצוה‪ ,‬א טאטע שוועבט אין אלע עולמות‪ ,‬מען קען זעהן אויף‬ ‫זיין פנים זיין חיות דקדושה‪ ,‬זיין גליקליכקייט פון א קיום המצוה‪ ,‬און‬ ‫דאס גייט אריין אין די קינדער‪ .‬דאס איז נישט בלויז ווייל ס'שטייט אזוי‬ ‫אין ספרים‪ ,‬נאר מ'זעהט דאס בפועל‪ ,‬ווען א קינד זעהט דאס אין א‬ ‫טאטן‪ ,‬ער קוקט דאס צו ביי זיין טאטן‪ ,‬גייט דאס אים אריין אין די‬ ‫ביינער אריין‪ ,‬און ער איז דאס מנחיל פאר זיינע קינדער‪ ,‬אז וואס הייסט‬ ‫לעבן‪ ,‬וואס מיינט מאכן א לעבן‪ ,‬עולמך תראה בחייך‪ ,‬מען לעבט אין‬ ‫עולם הבא אויף די וועלט‪ ,‬מען שוועבט אין קיום המצות‪ ,‬מען האט א‬ ‫חיות דקדושה‪ ,‬דאס הייסט געלעבט‪ ,‬כי הם חיינו ואורך ימינו‪ ,‬דאס איז‬ ‫דער גאנצע חיות‪ ,‬כי זה כל האדם‪.‬‬ ‫ז‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫ס'קומט יעצט די צווייטע טעג פון יום טוב סוכות‪ ,‬ס'גייט קומען‬ ‫שמיני עצרת און שמחת תורה‪ ,‬מען וועט ארויסנעמען די תורה הקדושה‬ ‫און מען וועט זיך פרייען מיט די תורה הקדושה‪ ,‬ס'קען זיין שמחת תורה‬ ‫מען גייט אין ביהמ"ד מען שטרענגט זיך נישט צופיל אן‪ ,‬ס'איז שמחת‬ ‫תורה אויף די וועלט‪ ,‬מען גייט צו הקפות‪ ,‬נישט דאס מיינט שמחת‬ ‫תורה‪ ,‬שמחת תורה דארף א איד פילן אזא מין שמחה‪ ,‬אזא מין‬ ‫התרוממות הנפש‪ ,‬אזא מין געהויבנקייט‪ ,‬אזא מין שמחה אזא מין‬ ‫שטראל‪ ,‬ס'זאל שטראלן די פנים פאר שמחה‪ ,‬ער זאל מרגיש זיין אזא‬ ‫שמחה‪ ,‬א זיינע קינדער זאלן דאס זען‪ ,‬דער טאטע פריידט זיך אזוי מיט‬ ‫די תורה‪ ,‬ער איז זיך אזוי משמח בשמחת התורה‪ ,‬דאס איז זיין גאנצע‬ ‫חיות די תורה הקדושה‪ ,‬דאס איז למען ידעו דורותיכם‪.‬‬ ‫והיית אך שמח‪ ,‬והיית איז א לשון עתיד‪ ,‬אז מען וויל ס'זאל זיין‬ ‫והיית פאר די קומענדיגע דורות‪ ,‬איז לרבות ליל יום טוב אחרון של חג‬ ‫לשמחה‪ ,‬דער ליל יו"ט אחרון של חג דארף זיין מיט אזא שמחה עילאה‪,‬‬ ‫מיט אזא שמחה דקדושה אז מען זאל דאס קענען מנחיל זיין פאר די‬ ‫קינדער‪ ,‬די קינדער זאלן דאס זען אין טאטן‪.‬‬ ‫נישט דער טאטע זאל זאגן‪ ,‬וואס זאל איך טון איך מוז נעבעך גיין צו‬ ‫די הקפות‪ ,‬האלב געניצט מען האלב שלאפט מען שוין איין‪ ,‬נישט דאס‬ ‫איז שמחת תורה‪ ,‬שמחת תורה דארף צו זיין מיט אזא מין חיות אזא מין‬ ‫לעבן א לעבן וואס ס'זאל זיין א פנימיות'דיגע שמחה‪ ,‬ס'זאל‬ ‫ארויסקומען די שמחה דקדושה וואס יעדער איד האט באמת אין‬ ‫פנימיות הלב‪ ,‬ער זאל עס ארויסברענגן פון אינעווייניג אויפן חיצוניות‪,‬‬ ‫ער זאל שטראלן ער זאלן לעבן פון שמחה‪ ,‬שמחת התורה‪ ,‬אז דער‬ ‫אייבערשטער האט געגעבן די תורה‪ ,‬און כלל ישראל האט מקבל געווען‬ ‫די תורה הקדושה‪.‬‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫ח‬ ‫למען ידעו דורותיכם‪ ,‬מען זאל מנחיל זיין פאר די קינדער אז‬ ‫אמת'דיגע גליק אמת'דיגע פרייד און אמת'דיגע שמחה טרעפט מען אין‬ ‫די תורה הקדושה‪ ,‬פקודי ה' ישרים משמחי לב‪ ,‬דאס איז נישט א מליצה‪,‬‬ ‫נאר דאס איז טאקע באמת‪ .‬און ווען מען זעט דאס ביים טאטן באקט זיך‬ ‫דאס אריין אין די קינדער‪ ,‬אז פקודי ה' ישרים איז משמחי לב‪ ,‬ס'איז‬ ‫משמח דעם גאנצן גוף דעם גאנצן מענטש פון קאפ ביז פוס‪ ,‬אלעס‬ ‫לעבט אויף מיט א שמחה מיט א הייליגקייט‪ ,‬מען לעבט אין דעם‬ ‫אייבערשטנס שמחה‪.‬‬ ‫שמחת תורה פריידט מען זיך אויבן אין הימל און מען פריידט זיך דא‬ ‫אונטן‪ ,‬ס'איז א שמחה בשמים און א שמחה בארץ‪ ,‬ס'פריידט זיך גאנץ‬ ‫כלל ישראל עליונים ותחתונים‪ ,‬אלעס פריידט זיך זיך מיט די תורה‬ ‫הקדושה‪ ,‬און דאס דארף מען אריינגעבן פאר קינדער און קינד'ס‬ ‫קינדער‪ ,‬למען ידעו דורותיכם!‪) .‬אושפיזא דאהרן סוכות תשס"ח(‬ ‫*‬ ‫› זיך פרייען מיט די מצוה ‹‬ ‫שטייט אין פסוק ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר וגו'‬ ‫ושמחתם לפני ה' אלקיכם‪ .‬דער פשט איז ולקחתם לכם ביום הראשון‪,‬‬ ‫מ'זאל נעמען די ד' מינים‪ ,‬ושמחתם‪ ,‬מ'זאל זיך פרייען מיט דעם וואס‬ ‫מ'נעמט די ד' מינים‪ ,‬דאס איז די שמחה‪ ,‬א איד האט די זכיה ער נעמט די‬ ‫ד' מינים‪ ,‬א מצות עשה פון די תרי"ג מצות‪ ,‬ושמחתם‪ ,‬מיט דעם זאל מען‬ ‫זיך פרייען‪ ,‬דאס איז די שמחה!‬ ‫כ'האב געזען דער רמב"ם פסק'ט אין הלכות לולב )פ"ח הט"ו( ‪ -‬און דער‬ ‫ראב"ד קריגט נישט ‪ -‬וואס מיינט ושמחתם‪ ,‬זאגט דער רמב"ם אזוי‪,‬‬ ‫ט‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫השמחה שישמח אדם בעשיית המצוה ער זאל זיך פרייען מיט עשיית‬ ‫המצוה‪ ,‬ובאהבת האל שצוה בהן‪ ,‬עבודה גדולה היא‪ ,‬די שמחה דאס איז א‬ ‫געוואלדיגע עבודה‪ ,‬וכל המונע עצמו משמחה זו ווער ס'איז זיך מונע און‬ ‫ער פריידט זיך נישט מיט דעם‪ ,‬ראוי להפרע ממנו איז ראוי פאר א עונש‬ ‫שנאמר )דברים כח מז( תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה‪.‬‬ ‫דער רמב"ם וואלט געקענט זאגן ‪ -‬ווען ער זאל גיין פרעגן אין די גאס‬ ‫‪ -‬ושמחתם‪ ,‬מען דארף זיך פרייען יום טוב סוכות‪ ,‬וואס מיינט דאס זיך‬ ‫פרייען יום טוב‪ ,‬דער וועט זאגן מיט דעם‪ ,‬דער וועט זאגן דאס‪ ,‬מענטשן‬ ‫וועלן מסביר זיין וואס הייסט שמחה אין חול המועד‪ ,‬דער רמב"ם זאגט‬ ‫אבער ניין‪ ,‬נישט דאס איז די שמחה חול המועד‪ ,‬שמחה חול המועד איז‬ ‫שישמח האדם בעשיית המצוה‪.‬‬ ‫זאגט דער מגיד משנה‪ ,‬ועיקר הדבר הוא‪ ,‬שאין ראוי לו לאדם לעשות‬ ‫המצות מצד שהן חובה עליו‪ ,‬מ'זאל נישט טוהן קיין מצוה ווייל ס'איז א‬ ‫חוב‪ ,‬אוי! איך קען נישט עסן בעפאר איך דאווען בעפאר איך לייג תפילין‪,‬‬ ‫אה‪ ,‬ער קוקט דעם זייגער‪ ,‬ס'וועט נעמען א שעה‪ ,‬איך קען נישט יעצט גיין‬ ‫עסן‪ ,‬חלילה אזוי צו זאגן‪ ,‬והוא מוכרח ער איז נעבעך געצווינגען ואנוס‬ ‫בעשייתן‪ ,‬איך מוז היינט דאווענען‪ ,‬איך מוז ליינען קריאת שמע‪ ,‬אלא חייב‬ ‫לעשותן והוא שמח בעשייתן‪ ,‬ער פריידט זיך ווען ער איז מקיים די מצוה‪,‬‬ ‫ויעשה הטוב מצד שהוא טוב‪ ,‬ויבחר באמת מצד שהוא אמת‪ ,‬ויקל בעיניו‬ ‫טרחן‪ ,‬ס'זאל אים גרינג זיין דאס וואס ער דארף זיך מטריח זיין‪ ,‬ס'קאסט‬ ‫מיר כח‪ ,‬ס'קאסט מיר געלט‪ ,‬ויבין כי לכך נוצר‪ ,‬אויף דעם איז ער באשאפן‬ ‫געווארן לשמש את קונו‪ ,‬וכשהוא עושה מה שנברא בשבילו ישמח ויגיל‪,‬‬ ‫ער זאל זיך פרייען‪ ,‬לפי ששמחת שאר דברים תלוים בדברים בטלים‪ ,‬די‬ ‫אלע אנדערע שמחות זענען דברים בטלים שאינן קיימים‪ ,‬אבל השמחה‬ ‫בעשיית המצות ובלמידת התורה והחכמה היא השמחה האמיתית‪ ,‬דאס‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫י‬ ‫איז די אמת'דיגע שמחה ‪ -‬מ'קען מיינען מ'לערנט יעצט א שטיקל תפארת‬ ‫שלמה‪ ,‬דאס איז א מגיד משנה אויפן רמב"ם ‪ -‬וזהו ששלמה בדרכי מוסרו‬ ‫שבח שמחת החכמה ואמר )משלי כג טו( בני אם חכם לבך ישמח לבי גם‬ ‫אני‪ ,‬דאס מיינט ישמח לבי‪ ,‬שמחה של מצוה‪.‬‬ ‫אונז האב מיר די זכיה צו זיצן אין די סוכה‪ ,‬וואס דאס איז איינס פון די‬ ‫תרי"ג מצות‪ ,‬אונז האב מיר די זכיה מקיים צו זיין שמחה‪ ,‬וואס דאס איז א‬ ‫מצוה‪ ,‬ושמחתם לפני ה' אלקיכם‪ ,‬שמחה של מצוה‪ ,‬און דאס זאל מען‬ ‫געדענקן אויף א גאנץ יאר‪ ,‬ושמחתם לפני ה' אלקיכם‪ ,‬עבודת ה' זאל זיין‬ ‫מיט שמחה‪ ,‬נישט געמאכטע שמחה‪ ,‬נאר טאקע אמת'דיגע שמחה‪ ,‬דאס‬ ‫הארץ זאל זיך פרייען מיט קיום המצוה‪ ,‬זיך פרייען מיט לימוד התורה‪,‬‬ ‫פקודי ה' ישרים משמחי לב איז נישט נאר א פסוק אין תהלים‪ ,‬דאס איז א‬ ‫מציאות! דאס דארף זיין א מציאות!‬ ‫דער אייבערשטער זאל העלפן מ'זאל האבן די זכיה מקיים צו זיין‬ ‫מצות ה' מיט שמחה של מצוה‪ ,‬די געוואלדיגע ענין פון שמחה של מצוה‬ ‫איז געוואלדיג גרויס‪ ,‬שמחה של מצוה דאס ברענגט צו געוואלדיגע זאכן‪,‬‬ ‫דאס הייבט א איד‪ ,‬דאס איז מחייב א איד‪ ,‬ער שפירט אז דאס איז זיין‬ ‫גליק! און ווער אנטלויפט דען פון זיין גליק? מ'דארף זיין אזוי נאריש צו‬ ‫אנטלויפן פון די אמת'דיגע גליקליכקייט‪ .‬דער אייבערשטער זאל העלפן‬ ‫מ'זאל זוכה זיין מרגיש צו זיין די שמחה של מצוה‪ ,‬זוכה זיין מקיים צו‬ ‫זיין מצות ה' בשמחה רבה‪) .‬אושפיזא דאהרן סוכות תשפ"ה(‬ ‫*‬ ‫‹‬ ‫› די חשיבות ווען דער ערבה שרייט אויס ה' הוא האלקים‬ ‫דוד המלך זאגט אין תהלים )קאפיטל קיט פסוק קל( פתח דבריך יאיר‬ ‫מבין פתיים‪.‬‬ ‫יא‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫קען זיין אזוי‪ ,‬שטייט אין זוהר הקדוש אז איידער דער אייבערשטער‬ ‫האט באשאפן אדם הראשון‪ ,‬האבן די מלאכים מקטרג געווען און זיי‬ ‫האבן געזאגט עתיד למחטי קמך‪ ,‬דער מענטש האט א יצר הרע און ער‬ ‫וועט זינדיגן‪ ,‬ס'איז נישט כדאי צו באשאפן א מענטש‪ ,‬האט דער‬ ‫אייבערשטער געענטפערט‪ ,‬עד לא בראתי עלמא‪ ,‬נאך איידער איך האב‬ ‫באשאפן די וועלט‪ ,‬בראתי תשובה‪ ,‬האב איך באשאפן דעם כח פון‬ ‫תשובה‪ ,‬לאתקנא במאי דחב‪ ,‬מען קען מתקן זיין אלעס וואס מ'האט זיך‬ ‫פארשולדיגט פאר'ן אייבערשטן‪ .‬ממילא אויף דעם ארויף האט דער‬ ‫אייבערשטער באשאפן די וועלט‪.‬‬ ‫דער מדרש זאגט )ויק"ר פ"ל סי"ב( די ד' מינים ווייזט אויף פיר כיתות‬ ‫פון אידישע קינדער‪ ,‬די אתרוג האט א טעם און ריח‪ ,‬דאס איז א רמז‬ ‫אויף די וואס האבן תורה און מעשים טובים‪ ,‬די ערבה האט נישט קיין‬ ‫טעם און נישט קיין ריח‪ ,‬דאס איז א רמז אויף די אידן וואס האבן נישט‬ ‫קיין תורה און נישט קיין מעשים טובים‪ ,‬די לולב האט א טעם אבער‬ ‫האט נישט קיין ריח‪ ,‬די הדס האט א ריח און נישט קיין טעם‪ ,‬דאס איז‬ ‫קעגן די וואס האבן תורה און האבן נישט קיין מעשים טובים‪ ,‬אדער זיי‬ ‫האבן מעשים טובים און האבן נישט קיין תורה‪ .‬קומט אויס אז דער‬ ‫אתרוג איז דער וואס האט תורה און מעשים טובים‪ ,‬און די אנדערע‬ ‫מינים‪ ,‬אדער האט עס גארנישט‪ ,‬אדער פעלט עפעס‪ ,‬ס'איז נישט‬ ‫בשלימות‪.‬‬ ‫מען נעמט דעם לולב און די רעכטע האנט און דעם אתרוג און די‬ ‫לינקע האנט‪ .‬לכאורה דארף מען פארשטיין‪ ,‬אויב דער אתרוג איז מכוון‬ ‫קעגן דעם שענסטן און דעם בעסטן‪ ,‬פארוואס נעמט מען דעם אתרוג אין‬ ‫די לינקע האנט‪ ,‬מ'וואלט געדארפט מאכן פארקערט‪ ,‬די אתרוג זאל מען‬ ‫נעמען אין די רעכטע האנט‪ ,‬און די לולב מיט די אנדערע מינים וואס‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫יב‬ ‫פעלט פון זייער שלימות‪ ,‬דאס זאל מען נעמען אין די לינקע האנט‪ ,‬ווייל‬ ‫די אתרוג דאס איז די משובחת‪.‬‬ ‫נאר דער אמת איז‪ ,‬ס'איז טאקע אזוי אז דער אתרוג איז דער מובחר‪,‬‬ ‫דער לולב מיט די אנדערע מינים זענען נישט בשלימות‪ ,‬אבער אזוי ווי‬ ‫ס'איז סוכות וואס איז א זמן פון תשובה‪ ,‬ס'איז גלייך נאך יום כיפור‪,‬‬ ‫האבן זיי דאך תשובה געטוהן‪ ,‬איז במקום שבעלי תשובה עומדין אין‬ ‫צדיקים גמורים יכולים לעמוד )ברכות לד‪ ,(:‬א בעל תשובה איז העכער ווי‬ ‫א צדיק‪.‬‬ ‫די תורה הייבט זיך אן‪ ,‬בראשית ברא אלקים‪ ,‬ביי די ווארט בראשית‬ ‫איז דא א גרויסער בי"ת‪ ,‬שטייט אין אגרא דכלה אז בי"ת רבת"י איז‬ ‫בגימטריא אתרו"ג לול"ב הד"ס ערב"ה‪ .‬וואס איז דער מכוון פון דעם‬ ‫רמז‪ ,‬דעם רמז פארשטייט מען זייער פשוט‪ ,‬בראשית ברא אלקים את‬ ‫השמים ואת הארץ‪ ,‬ווען דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט‬ ‫האט ער זיך באראטן מיט די מלאכים‪ ,‬און די מלאכים האבן מקטרג‬ ‫געווען‪ ,‬זיי האבן געזאגט אז ס'איז נישט כדאי צו באשאפן א מענטש‪,‬‬ ‫ווייל ער גייט זינדיגן‪ ,‬און דער אייבערשטער האט געענטפערט אז‬ ‫ס'נוצט תשובה‪ ,‬און מען קען מתקן זיין‪ ,‬אבער ווי ווייט נוצט די תשובה‪.‬‬ ‫מען זעהט אבער פון די ד' מינים אז די דריי מינים וואס איז די‬ ‫שוואכערע חלק נעמט מען אין די רעכטע האנט‪ ,‬און די אתרוג נעמט‬ ‫מען אין די לינקע האנט‪ ,‬זעהט מען אז במקום שבעלי תשובה עומדים‬ ‫אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד‪ ,‬א בעל תשובה איז אויף א העכערע‬ ‫מדריגה ווי א צדיק גמור‪ ,‬אויב אזוי קען דאך א מענטש אפילו ער האט‬ ‫געזינדיגט מתקן זיין וואס ער האט חוטא געווען‪ ,‬ממילא קומט אויס‬ ‫וועגן דעם האט דער אייבערשטער באשאפן א מענטש‪ ,‬ווייל תשובה איז‬ ‫יג‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫א תיקון השלם‪ ,‬נישט ס'בלייבט א פלעק‪ ,‬מיט תשובה קען מען אלעס‬ ‫אפווישן‪ ,‬און מען קומט ארויס נאך שטערקער און נאך בעסער‪.‬‬ ‫באמת אז מען איז זיך מתבונן ליגט דא זייער א טיפע מחשבה‪ ,‬די ד'‬ ‫מינים איז קעגן די ד' אותיות שם הוי"ה‪ ,‬מ'מאכט די נענועים אויף אלע‬ ‫זעקס זייטן צו ווייזן אז לית אתר פנוי מיניה‪ ,‬דער אייבערשטער איז דער‬ ‫באשעפער איבעראל אויף אלע זייטן פון די וועלט‪ .‬אוודאי איז זייער‬ ‫חשוב‪ ,‬ווען א אתרוג שרייט אויס ה' הוא האלקים‪ ,‬ס'איז אבער אסאך‬ ‫מער חשוב'ער ווען אן ערבה שרייט אויס ה' הוא האלקים‪ ,‬אדער אפילו‬ ‫א לולב אדער א הדס וואס פעלט אין זייער שלימות‪ ,‬דאס איז מער חשוב‬ ‫ביים בורא כל עולמים‪.‬‬ ‫וועגן דעם ווען מ'מאכט די נענועים האלט מען די אתרוג אין די‬ ‫לינקע האנט‪ ,‬און די לולב האלט מען אין די רעכטע האנט‪ ,‬צו ווייזן אז‬ ‫דאס איז חשוב ביים בורא כל עולמים‪ ,‬ווייל דאס איז אסאך א גרעסערע‬ ‫חידוש ווען זיי שרייען אויס ה' הוא האלקים‪.‬‬ ‫דאס געבט א געוואלדיגע חיזוק פאר יעדן איינציגן מענטש‪ ,‬יעדער‬ ‫מענטש האט מינוטן וואס זענען בעסערע און וואס זענען שוואכערע‪,‬‬ ‫און אמאל מאכט ער זיך א חשבון‪ ,‬ער איז נכשל געווארן מיט די עבירה‬ ‫אדער די עבירה‪ ,‬און דער יצר הרע קומט און ווארפט אים אריין אין‬ ‫יאוש‪ ,‬דיין לערנען איז שוין נישט ווערט‪ ,‬דיין דאווענען איז גארנישט‬ ‫מיט גארנישט‪ ,‬דו טוסט אן תפילין‪ ,‬דאס איז ח"ו גארנישט‪ ,‬דו עסט מצה‬ ‫איז אויך גארנישט ח"ו‪ ,‬יעדע זאך מאכט ער אוועק‪ ,‬דו ביסט א חוטא‬ ‫און א פושע‪ ,‬און דיינע מצות האבן נישט קיין שום חשיבות אין הימל‪,‬‬ ‫און מיט דעם פארקלאפט ער דעם אפעטיט פון א מענטש‪ ,‬פארוואס זאל‬ ‫ער זיך אנפלאגן ווען ס'האט נישט קיין שום חשיבות‪.‬‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫יד‬ ‫ממילא דער גרויסער צדיק וואס זיצט א גאנצן טאג און פארגעסט‬ ‫נישט פונעם באשעפער א מינוט נישט‪ ,‬ער איז א צדיק גמור‪ ,‬פארשטייט‬ ‫מען זיין תורה זיין עבודה זיינע מצות האט אוודאי א חשיבות אין הימל‪,‬‬ ‫אבער פון פשוטע מענטשן וואסערע חשיבות האט דאס‪ .‬אבער באמת‬ ‫דאס איז דער כח פונעם יצר הרע‪ ,‬דאס איז וואס ער וויל צו פארקלאפן‬ ‫דעם אפעטיט‪ ,‬דו ביסט נישט גארנישט‪ ,‬דיינע מצות זענען גארנישט‪,‬‬ ‫דיין לערנען איז גארנישט‪ ,‬אין הימל קוקט מען זיך נישט אום אויף דעם‪.‬‬ ‫אבער פון די ד' מינים קען מען נעמען חיזוק פונקט פארקערט‪ ,‬די‬ ‫אתרוג האלט מען אין די לינקע האנט‪ ,‬און די אנדערע מינים האלט מען‬ ‫אין די רעכטע האנט‪ ,‬ווייל דאס האט א חשיבות‪ ,‬מען זאגט הלל מיט די‬ ‫ד' מינים‪ ,‬און ווען די אנדערע מינים זאגן הודו לה' כי טוב‪ ,‬דאס איז א‬ ‫חשיבות‪ .‬דער אתרוג ווייסט מען אז ער זאגט הודו לה' כי טוב‪ ,‬אבער‬ ‫ווען די אנדערע מינים זאגן‪ ,‬דאס איז אין די רעכטע האנט‪ ,‬ווייל דאס‬ ‫האט א געוואלדיגע חשיבות‪.‬‬ ‫דאס געבט א געוואלדיגע חיזוק פאר יעדן מענטש צו וויסן‪ ,‬יא אמת!‬ ‫איך זעה אויס ווי אזוי אויך זעה אויס!‪ ,‬כ'וואלט ווען געדארפט בעסער‬ ‫אויסזעהן‪ ,‬אוודאי וואלט איך געדארפט בעסער אויסזעהן‪ ,‬אבער אז איך‬ ‫זעה נאכנישט אויס בעסער‪ ,‬איז דאך הערשט יעדע מינוט וואס איך‬ ‫לערן‪ ,‬יעדע תפלה וואס איך דאווען‪ ,‬יעדע קאפיטל תהלים וואס איך‬ ‫זאג‪ ,‬יעדע בלאט גמרא וואס איך לערן‪ ,‬יעדע מאל וואס איך בין מקיים א‬ ‫מצוה צו א דאורייתא צו א דרבנן‪ ,‬איז דאס זייער חשוב ביים רבונו של‬ ‫עולם‪.‬‬ ‫די תורה הקדושה הייבט זיך אן מיט א גרויסע בי"ת‪ ,‬ווען א איד‬ ‫הייבט אן צו לערנען די תורה‪ ,‬און ער מיינט אז זיין תורה לערנען איז‬ ‫טו‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫גארנישט נישט ווערט‪ ,‬האט די תורה אראפגעשטעלט א רמז פון די ד'‬ ‫מינים‪ ,‬וואס די אתרוג איז אין די לינקע האנט‪ ,‬און די אנדערע מינים‬ ‫זענען אין די רעכטע האנט‪ ,‬יא! ווען אן ערבה לערנט איז דאס זייער‬ ‫חשוב ביים רבונו של עולם‪ .‬און דאס האט די תורה אראפגעשטעלט פאר‬ ‫א יסוד ביי התחלת התורה‪.‬‬ ‫פתח דבריך יאיר‪ ,‬די התחלת התורה טוט לייכטן‪ ,‬דאס טוט‬ ‫אויפלייכטן פאר מענטשן די אויגן‪ ,‬צו וויסן הדרך אשר נלך בה‪ ,‬קיינעם‬ ‫קען מען נישט אוועקמאכן‪ ,‬נישט קיין לולב‪ ,‬נישט קיין הדס‪ ,‬און אפילו‬ ‫נישט קיין ערבה‪ ,‬אלעס איז חשוב ביים רבונו של עולם‪ ,‬מבין פתיים‪ ,‬די‬ ‫וואס האבן חוטא געווען‪ ,‬און ס'דאכט זיך זיי אז זייערע מעשים זענען‬ ‫גארנישט ווערט‪ ,‬פון דא קענען זיי ארויסנעמען א פארשטאנד און חיזוק‪,‬‬ ‫יעדער קען זיך מיט דעם מחזק זיין אין תורה און אין עבודת ה'‪) .‬שיעור‬ ‫תהלים ד' תרומה תשע"ד(‬ ‫*‬ ‫‹‬ ‫› אונזער פעסטע אמונה אז די גאולה איז נאר דורך השי"ת אליין‬ ‫די גמרא אין מסכת סוכה‪ ,‬אין פרק לולב הגזול )דף לז‪ (:‬ברענגט אראפ‬ ‫דאס ענין פון די נענועים וואס מ'מאכט מיט די ד' מינים‪ :‬רבי יוחנן זאגט‬ ‫'מוליך ומביא לארבע רוחות'‪ .‬דער בית יוסף זאגט אין הלכות סוכה‬ ‫)או"ח סימן תרנ"א( אז די ד' מינים איז א רמז אויף די ד' אותיות פון שם‬ ‫הוי"ה‪ ,‬דער מנהג על פי האר"י ז"ל )פרע"ח שער הלולב פ"ג( איז‬ ‫אריינצוטראגן די ד' מינים אין דער סוכה‪ – .‬סוכה דאס איז א רמז אויף‬ ‫גלות )ילקוט אמור רמז תרנ"ג(‪ ,‬מ'גייט ארויס פון א דירת קבע‪ ,‬מ'גייט אריין‬ ‫אין א דירת ארעי‪ ,‬מ'איז אין גלות‪ .‬ווען מ'טראגט אריין די ד' מינים אין‬ ‫די סוכה‪ ,‬איז דאס א רמז אויף שכינתא בגלותא‪.‬‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫טז‬ ‫מען נעמט די ד' מינים און מען מאכט די נענועים אויף אלע זייטן‬ ‫מזרח ומערב צפון און דרום‪ ,‬און מ'זאגט פארן הייליגן באשעפער‪:‬‬ ‫'מוליך ומביא'‪ .‬דער אויבערשטער איז א 'מוליך'‪ ,‬ער האט געפירט‬ ‫אידישע קינדער אין גלות‪' ,‬ומביא' און דער הייליגער באשעפער וועט‬ ‫אונז צוריק ברענגען‪ ,‬פון מזרח מערב צפון דרום‪ ,‬וואו אידישע קינדער‬ ‫זענען געגאנגען אין גלות אין ארבע כנפות תבל‪.‬‬ ‫דער אויבערשטער איז א 'מוליך' ‪ -‬מפני חטאינו גלינו מארצינו! מיר‬ ‫זענען נישט געגאנגען אין גלות ווייל מיר זענען געווען שוואך און‬ ‫מ'האט נישט געהאט קיין כוחות‪ ,‬נאר דער אויבערשטער איז געווען דער‬ ‫דו ַ‪ֵּ -‬ת ַדע ‪ -‬ידוע‬ ‫מוליך! אזוי ווי דער מדרש זאגט )ב"ר פמ"ד סי"ח(‪' :‬יָ ֹ‬ ‫שאני מפזרן‪ ,‬תדע שאני מכנסן'‪ .‬דער אויבערשטער האט צושפרייט‬ ‫אידישע קינדער אין גלות‪ ,‬און דער אויבערשטער וועט צוזאמען נעמען‬ ‫אידישע קינדער פון מזרח און פון מערב פון צפון און פון דרום‪ ,‬פון אלע‬ ‫זייטן‪ .‬דערפאר נעמט מען די ד' מינים וואס איז רמז אויף די ד' אותיות‬ ‫שם הוי"ה‪ ,‬השי"ת איז א מוליך‪ ,‬דער אויבערשטער האט אונז געפירט‬ ‫אין גלות‪ ,‬און השי"ת איז א מביא‪ ,‬דער אויבערשטער וועט אונז צוריק‬ ‫נעמען פון גלות‪.‬‬ ‫די גמרא דערציילט )סוכה לח‪ (.‬אז ווען רב אחא בר יעקב האט‬ ‫געמאכט די נענועים האט ער געזאגט‪' :‬דין גירא בעיני דשטנא'‪ .‬דאס צו‬ ‫גלייבן און דאס צו זאגן ]שהגאולה יהיה רק ע"י הקב"ה[ איז א גירא‬ ‫בעיני דשטנא‪ ,‬אין די מעשי שטן וואס האלט אז מ'קען חלילה אליינס‬ ‫טון פעולות צו די גאולה!‬ ‫דאס וואס מיר נעמען די ד' מינים און מ'מאכט די נענועים אויף ד'‬ ‫רוחות העולם‪ ,‬איז צו זאגן אז מיר גלייבן אז דער אויבערשטער איז דער‬ ‫יז‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫מוליך און דער אייבערשטער איז דער מביא! דער אויבערשטער האט‬ ‫אונז געפירט אין גלות‪ ,‬און דער איין איינציגער באשעפער וועט אונז‬ ‫אהיימנעמען‪ ,‬נאר אזוי וועט זיין די גאולה! )ס"ג תולדות תשפ"ד(‬ ‫*‬ ‫› ויגבה לבו בדרכי ה' ‹‬ ‫די ספרים הקדושים רעדן שטארק בשבח פון מדת ענוה‪ ,‬א מענטש‬ ‫דארף זיין א גרויסער עניו‪ ,‬מאוד מאוד הוי שפל רוח )אבות פ"ד מ"ד(‪.‬‬ ‫שטייט אבער אין ספרים‪ ,‬אז בלויז מיט מדת ענוה טויג נישט‪ ,‬א איד‬ ‫דארף זיך אויך באנוצן מיט מדת הגאות‪ .‬ווי עס שטייט אין קדושת לוי‬ ‫)פ' עקב( ועתה ישראל מה ה' אלקיך שואל מעמך‪' ,‬מה' איז מדת ענוה‪ ,‬ווי‬ ‫דער פסוק זאגט ונחנו מה‪' .‬מה' ה' אלקיך שואל מעמך‪ ,‬דער‬ ‫אויבערשטער בעט אז א איד זאל זיין אן עניו‪ ,‬אבער נישט אלעמאל‪ ,‬כי‬ ‫אם ליראה‪ ,‬ווען עס האנדלט זיך צו האבן יראת שמים‪ ,‬דעמאלט דארף‬ ‫זיין ויגבה לבו בדרכי ה'‪ ,‬האבן א גאות דקדושה‪ .‬א מענטש דארף וויסן‪:‬‬ ‫יא‪ ,‬עס פאסט פאר מיר!‪ ,‬און איך בין מחויב צו פאדערן פון זיך צו זיין‬ ‫אן עובד השם!‪.‬‬ ‫ס'איז באקאנט דאס ווארט פון רבי'ן ר' זושא ז"ל אויפ'ן פסוק )תהלים‬ ‫י ג( כי הלל רשע על תאוות נפשו‪ ,‬דער דרך פונעם רשע איז‪ ,‬אז ווען ער‬ ‫וויל זיך נאכגעבן זיינע תאוות‪ ,‬ווערט ער פלוצלינג אן עניו און שפל‬ ‫רוח‪ .‬ער לאזט זיך אראפ און זאגט‪ :‬וואס בין איך דען‪ ,‬ווער בין איך‬ ‫דען? מיט דער פאלשער ענוה ערלויבט ער זיך נאכצוגיין אפילו נידריגע‬ ‫תאוות‪ ,‬וואס פאסטן נישט פאר א איד‪.‬‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫יח‬ ‫דער נועם מגדים )פ' שמיני( טייטשט‪ :‬זמרו ה' כי גאות עשה‪ ,‬א‬ ‫מענטש דארף האבן א גאות דקדושה‪ ,‬וויסנדיג אז ער פארמאגט א‬ ‫הייליגע און ריינע נשמה‪ .‬דעריבער פאסט פאר אים צו לעבן העכער און‬ ‫זיך נישט אראפצולאזן צו זאכן וואס זענען נישט לויט זיין ווערד‪.‬‬ ‫דער זיידע ז"ל שרייבט אין ייטב לב‪ ,‬פרשת נח און פרשת תצוה‪ ,‬אז‬ ‫צו קענען ריכטיג נוצן ביידע מדות ‪ -‬סיי מדת הגאות ווען עס פאדערט‬ ‫זיך גאות דקדושה‪ ,‬און סיי מדת הענוה צו זיין אן ענוותן ושפל רוח ‪-‬‬ ‫דארף מען האבן דעת‪ .‬מען דארף דערקענען דעם ריכטיגן מקום און דעם‬ ‫ריכטיגן זמן‪ :‬ווען זיך צו באנוצן מיט מדת הענוה‪ ,‬און ווען זיך צו‬ ‫באנוצן מיט מדת הגאות‪.‬‬ ‫ברענגט ער צו א ווארט פון קדושת לוי דער בארדיטשובער רב ז"ל‪,‬‬ ‫ער האט געטייטשט דעם פסוק )קהלת ב יג( וראיתי אני שיש יתרון‬ ‫לחחכמה מן הסכלות כיתרון האור מן החושך‪ ,‬די גמרא אין מסכת‬ ‫פסחים אנהייב פרק אור לארבעה עשר זאגט‪ ,‬אור תרתי משמע‪ ,‬אור איז‬ ‫משמע בייטאג‪ ,‬און אור איז משמע ביינאכט‪.‬‬ ‫אזוי איז אויך א חכם‪ .‬געווענליך באנוצט ער זיך מיט מדת החכמה‪,‬‬ ‫ווייל ער איז א חכם‪ .‬ווען עס פעלט זיך אבער אויס קען ער זיך מאכן ווי‬ ‫א נאר‪ .‬אזוי ווי מיר געפינען ביי דוד המלך‪ ,‬ווען ער איז געווען ביים‬ ‫מלך פלשתים האט ער זיך געמאכט ווי א נאר‪ .‬דער חכם קען זיך‪ ,‬ווען‬ ‫עס פאדערט זיך‪ ,‬באנוצן מיט חכמה‪ ,‬און ווען עס איז נויטיג קען ער זיך‬ ‫מאכן ווי א נאר‪ .‬דער נאר אבער בלייבט שטענדיג א נאר; ער קען זיך‬ ‫נישט מאכן ווי א חכם‪ .‬קומט אויס‪ ,‬אז דער חכם קען זיך באנוצן מיט‬ ‫צוויי בחינות‪ ,‬אבער דער נאר פארמאגט בלויז איין בחינה‪.‬‬ ‫יט‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫דער 'חכם' איז דעריבער גלייך צו 'אור'‪ ,‬וואס איז תרתי משמע‪ ,‬ווייל‬ ‫אויך ער קען זיך באנוצן מיט ביידע בחינות‪ .‬דער 'כסיל' איז אבער גלייך‬ ‫צו 'חושך'‪ ,‬וואס האט בלויז איין באדייט‪ .‬דאס זאגט דער פסוק‪' :‬וראיתי‬ ‫כי יתרון החכמה מן הסכלות כיתרון האור מן החושך' ‪ -‬דער יתרון‬ ‫פונעם חכם איבערן כסיל איז ווי דער יתרון פון אור איבער חושך‪:‬‬ ‫פונקט ווי אור איז תרתי משמע‪ ,‬אזוי קען דער חכם זיך פירן מיט ביידע‬ ‫בחינות‪ .‬אזוי טייטשט דער קדושת לוי‪.‬‬ ‫איך האב אינזינען געהאט אזוי‪ .‬יעדער ווייסט‪ ,‬מ'מאכט די נענועים‬ ‫מיט די ד' מינים אויף אלע פיר זייטן‪ ,‬און מען מאכט די נענועים מעלה‬ ‫ומטה‪ ,‬ארויף און אראפ‪.‬‬ ‫די נענועים 'מעלה' לערנען דעם מענטש‪ ,‬אז ווען עס פאדערט זיך‬ ‫דארף ער מקיים זיין 'ויגבה לבו בדרכי ה''‪ .‬ער דארף האבן אן התעלות‪,‬‬ ‫קוקן העכער‪ ,‬גיין אויף ארויף און זיך דערהייבן אין עבודת השם‪.‬‬ ‫דערנאך שאקלט מען 'מטה'‪ ,‬צו לערנען אז א מענטש דארף אויך האבן‬ ‫מדת הענוה; ער דארף זיך קענען איינבייגן און זיך האלטן קליין‪ .‬א איד‬ ‫דארף פארמאגן ביידע מדות ‪ -‬מדת הגאות דקדושה און מדת הענוה ‪-‬‬ ‫און וויסן ווען צו נוצן יעדע איינע‪.‬‬ ‫דערפאר טראגט מען אריין די ד' מינים אין דער סוכה‪ .‬פארוואס‬ ‫טאקע מאכט מען די נענועים דוקא אין דער סוכה? שטייט אין זרע קודש‬ ‫פונעם ראפשיצער רב ז"ל‪ ,‬אז די סוכה איז משפיע 'דעת'‪ ,‬ווי עס איז‬ ‫מרומז אינעם פסוק‪' :‬למען ידעו דורותיכם'‪ .‬כדי זיך ריכטיג צו באנוצן‬ ‫מיט די ביידע מדות‪ ,‬און צו וויסן ווען עס דארף זיין 'מעלה' און ווען עס‬ ‫דארף זיין 'מטה'‪ ,‬דארף מען אריינטראגן די ד' מינים אין דער סוכה‪ .‬די‬ ‫סוכה איז משפיע דעת און חכמה‪ ,‬און מיט דעם דעת קען א איד ריכטיג‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫כ‬ ‫מאכן די נענועים מעלה ומטה ‪-‬ערבה אמאל זיך דערהייבן מיט גאות‬ ‫דקדושה‪ ,‬און אמאל זיך איינבייגן מיט ענוה‪) .‬הנחת אבן הפינה לבית מדרשינו‬ ‫בירושלים עיה"ק יום ה' תולדות תשפ"ו(‬ ‫*‬ ‫‹‬ ‫› קדושת ליל הושענא רבה‬ ‫דער מנהג איז געווען צו בלאזן שופר הושענא רבה )כמקובל אצלינו‬ ‫ממרן הייטב לב זי"ע‪ ,‬ועיין בייטב פנים מאמר שואגים ד"ה וע"ד רמז(‪ ,‬פארוואס‬ ‫בלאזט מען שופר הושענא רבה? ווייל תקיעת שופר קומט מעורר זיין‬ ‫לתשובה‪ ,‬הושענא רבה קומט עס אויך מעורר זיין לתשובה‪ ,‬ממילא די‬ ‫זעלבע געלעגנהייט וואס מ'האט ראש השנה‪ ,‬די זעלבע געלעגנהייט‬ ‫געבט מען הושענא רבה‪.‬‬ ‫ראש השנה איז דער ערשטער טאג פון די ימים נוראים‪ ,‬און הושענא‬ ‫רבה איז דער לעצטער טאג פון די ימים נוראים‪ ,‬איז דאס וואס מ'געבט‬ ‫דעם ערשטן טאג‪ ,‬געבט מען אויך דעם לעצטן טאג‪.‬‬ ‫שופר מיינט שפר"ו מעשיכם )ויק"ר פכ"ט ס"ו(‪ ,‬מען בלאזט שופר‬ ‫הושענא רבה צו דערמאנען אז מ'דארף פארבעסערן די מעשים‪ ,‬יעדער‬ ‫איינער פאר זיך‪ ,‬מ'דארף נישט זאגן איינער פאר'ן צווייטן‪ ,‬נאר יעדער‬ ‫פאר זיך‪ ,‬יעדער הערט תקיעת שופר‪ ,‬אבער יעדער איינער דארף‬ ‫דערהערן פאר זיך דעם תקיעת שופר‪ ,‬ס'זאל נתעורר ווערן דאס הארץ צו‬ ‫עבודת ה'‪ ,‬לעבדו בכלל לבבו ובכל נפשו‪ ,‬מקבל צו זיין נזהר צו זיין אין‬ ‫מצות ה'‪ ,‬און חלילה נישט טון א זאך וואס מ'טאר נישט‪ ,‬דער‬ ‫אייבערשטער האט געזאגט ווען מען דארף צו טון‪ ,‬און וואס מען טאר‬ ‫כא‬ ‫ילקוט דברות קודש ’ לחג הסוכות‬ ‫נישט טון‪ ,‬מען דארף נזהר זיין אין ביידע‪ ,‬וואס מ'טאר נישט טון‪ ,‬טאר‬ ‫מען נישט טון‪ ,‬און וואס מ'דארף יא צו טון‪ ,‬דארף מען צו טון‪.‬‬ ‫דארף מען זיך מקבל צו זיין אין אזא צייט די נאכט פון הושענא רבה‪,‬‬ ‫אזא הייליגע נאכט ‪ -‬ס'איז דא עטליכע הייליגע נעכט וואס אידישע‬ ‫קינדער האבן אין יאר‪ ,‬הושענא רבה ביינאכט איז איינס פון די הייליגע‬ ‫זמנים‪ ,‬די ערנסטע זמנים‪ ,‬וואס מ'דארף זיך מקבל זיין‪.‬‬ ‫כ'האב אינזין געהאט אזוי ביים ליינען משנה תורה‪ ,‬מ'האט געליינט‬ ‫דעם פסוק )דברים ד ד( ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום‪ ,‬דער‬ ‫פסוק האט זיבן ווערטער‪ ,‬דאס איז קעגן די זיבן טעג פון סוכות‪ ,‬דער‬ ‫ערשטער טאג איז 'ואתם'‪ ,‬דער צווייטער טאג איז 'הדבקים'‪ ,‬און אזוי‬ ‫ווייטער‪ ,‬הושענא רבה איז 'היום'‪.‬‬ ‫ווען אידן האבן געהערט די תוכחות פון משנה תורה‪ ,‬הוריקו פניהם‪,‬‬ ‫זיי האבן געהערט אזעלכע שרעקליכע זאכן‪ ,‬משה רבינו האט מחזק‬ ‫געווען כלל ישראל‪ ,‬האט ער זיי געזאגט אתם נצבים היו"ם‪ ,‬עס קומט‬ ‫אזא טאג ווי הושענא רבה‪ ,‬אין דעם טאג פון הושענא רבה וועט מען‬ ‫קענען מהפך זיין די אלע קללות צו ברכות‪ ,‬מ'וועט זאגן 'הושענא למען‬ ‫אלקינו'‪ ,‬און מען וועט מהפך זיין די אלע קללות צו ברכות‪ .‬דאס איז‬ ‫אתם נצבים היום‪ ,‬היו"ם איז הושענא רבה דער זיבעטער טאג פון יום‬ ‫טוב סוכות‪.‬‬ ‫דער אייבערשטער זאל העלפן‪ ,‬דאס וואס מען טוט איז אלעס מנהגי‬ ‫קודש‪ ,‬דער סדר פון די נאכט פון הושענא רבה שטאמט פון אר"י הקדוש‬ ‫)פרע"ח שער הלולב פ"ד(‪ ,‬אז פאר חצות זאל מען ליינען משנה תורה‪ ,‬און‬ ‫נאך חצות זאגט מען תהלים‪ .‬פארוואס דאס איז אזוי‪ ,‬פרעגט מען נישט‬ ‫קיין קשיות‪ ,‬דער אריה"ק האט אזוי געזען בשמי שמים אז אזוי דארף‬ ‫לחג הסוכות ‘ ילקוט דברות קודש‬ ‫כב‬ ‫מען צו טון‪ ,‬און אזוי האבן זיך געפירט ערליכע אידן מקדמת דנא‪,‬‬ ‫הושענא רבה איז געווען אן ערנסטע נאכט‪ ,‬א הייליגע נאכט‪) .‬מתוך דב"ק‬ ‫ליל הושענא רבה תשפ"ו(‬ ‫‪y‬‬