אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — בראשית (2026-10-05)

קונטרס
אמרי מנחם
דברי תורה וסיפורי קודש
מאת כבוד קדושת מרן
רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע
אדמו"ר משינאווא
בראשית
גליון קס"א -שנה ד' -שנת תשפ"ז לפ"ק
· אידיש ·
יו"ל ע"י
כל הזכויות שמורות
אמרי מנחם /בראשית
אשית ָּב ָרא ֱאל ִֹקים ֵאת ַה ּׁ ָש ַמיִ ם וְ ֵאת ָה ָא ֶרץ.
ְּב ֵר ׁ ִ
א) רש"י זאגט" :בשביל התורה שנקראת ראשית דרכו ובשביל ישראל
שנקראו ראשית תבואתו" – די וועלט איז באשאפן געווארן
כדי אידן זאלן מקיים זיין די תורה ,וואס זיי ביידע ווערן אנגערופן
'ראשית' .דער נועם אלימלך (פרשתן ד"ה בראשית) ברענגט א מדרש וואס
לייגט צו א דריטע זאך (ב"ר א ,ד)" :בשביל מצות ביכורים שנקראין
ראשית" .לכאורה' ,ביכורים' איז דאך נאר איינע פון די מצוות התורה,
נו ,איז דאך דאס שוין נכלל אינעם 'בשביל התורה ובשביל ישראל',
און פארוואס פעלט אויס דאס אויסצורעכענען באזונדער?
ב) רש"י זאגט" :אמר רבי יצחק לא היה צריך להתחיל וכו' ומה טעם
פתח בבראשית משום (תהלים קי"א) כח מעשיו הגיד לעמו
לתת להם נחלת גוים ,שאם יאמרו אומות העולם לישראל ליסטים
אתם שכבשתם ארצות שבעה גוים הם אומרים להם ,כל הארץ של
הקב"ה היא ,הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו ,ברצונו נתנה להם
וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" – די גאנצע סיבה פארוואס די תורה
דערציילט אונז די 'מעשה בראשית' איז ,כדי די גוים זאלן נישט האבן
קיין טענות צו אידן אז זיי זענען 'לסטים' פארן צונעמען ארץ ישראל
פון זיי ,דערפאר זאגט די תורה דא ,אז דער אייבערשטער האט
באשאפן די וועלט און ער האט עס געגעבן פאר אידישע קינדער.
לכאורה ,ווי קען זיין אז די תורה זאל שרייבן אזויפיל פרשיות התורה
בלויז פאר דעם טעם כדי די גוים זאלן נישט האבן קיין טענות? וואס
איז דען אזוי געפערליך אויב די גוים טענה'ן 'לסטים אתם'?
ג) אויך איז שווער ,דער סדר העולם איז דאך אזוי ,אז איין לאנד גייט
אין מלחמה מיט א צווייטע לאנד און נעמט איין שטחים ,און
די טענה פון 'לסטים אתם' איז נוגע בלויז אנפאנג ,ביז עס ווערט
'נשתקע שם בעלים הראשונים' ,נו ,די תורה איז דאך א 'נצחיות' און
ב
איז שטענדיג נוגע – נישט בלויז אויף דעם קורצן תקופה פון 'כיבוש
וחילוק'?
אמרי מנחם /בראשית
'קין' מיינט אז ער טוט א טובה דעם אייבערשטן
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .דער עבודת ישראל (פרשתן ד"ה בהפטורה
כהא) איז מסביר די בחינה פון 'קין' און 'הבל' ,אז 'קין' איז א בחינה
פון אן עובד ה' וואס האלט אז ער טוט עפעס! ער מיינט אז ער האט
זיך מתגבר געווען אויפן יצר הרע מיט זיינע אייגענע כוחות! און ער
שפירט ביי זיך אז ער האט געטון א טובה פארן אייבערשטן מיט זיין
עבודה .און דאס איז דער לשון קין – 'קן יוד' ,ער מיינט אז ער שטעלט
צו פארן אייבערשטן וואו צו וואוינען ,כאילו דער אייבערשטער
האט נישט וואו צו וואוינען אויסער ביי אים .און דערפאר ,ווען דער
ֹ
אייבערשטער נעמט נישט ָאן קין'ס עבודה שטייט" :וַ ִ ּי ַחר ְל ַקיִ ן ְמאד",
ווערט ער בכעס און ער איז זיך מתרעם און האט טענות :היתכן ,איך
שטעל דא צו אזא טובה פארן אייבערשטן ,און דער אייבערשטער
נעמט עס נישט ָאן? פארשטייט זיך ,אז דער מהלך טויג נישט.
'הבל' ווייסט אז ער טוט גארנישט נאר אלעס איז פונעם אייבערשטן
ווידער אבער 'הבל' איז אן אמת'ער צדיק ,וואס ער דינט דעם
אייבערשטן מיט א מדה פון 'הבל וריק' – איך בין גארנישט
און איך קען גארנישט! ער ווייסט אז ער טוט נישט קיין טובה פארן
אייבערשטן מיט זיין עבודה ,נאר פארקערט ,דער אייבערשטער טוט
אים א טובה אז ער לאזט אים טון א מצוה פאר זיין ליבן נאמען! ער
ווייסט אז ער טוט נישט גארנישט מיט זיינע אייגענע כוחות ,ער האט
ֹ ֹ
"מ ְ ּבכרות
בלויז א משהו בחירה און רצון – וואס דאס איז דער ענין פון ִ
א וזל"ק" :וקין עובד אדמה ,קי"ן אותיות ק"ן יו"ד ,ורומז על אותם האנשים שחושבין
בעצמם שהם קן ומושב להש"י בעבודתם ותפלתם ,כאילו מטיבים עם הבורא
יתברך ,ונתגדל בעיניהם העבודה בחשבם שמידם היתה זאת .ולזה כאשר לא
שעה השם אל מנחתו חרה לו מאוד ,והיה כמתרעם על הבורא יתברך על שלא
קיבל מנחתו ,והיינו כמד"א (ישעיה ח ,כא) יתקצף באלקיו .אבל הבל מדה
אחרת היתה בו ,שהיה הבל וריק בעיניו ,וגם עבודתו איננה נחשבת בעיניו
ג לכלום ,בחושבו שמיד הבורא יתברך ומכוחו היה לו זאת ,והוא הנותן לו כח
לעשות חיל .ולזה כתיב והבל הביא גם הוא .וזהו שאמר שלמה המלך ע"ה
(קהלת ב ,טו) בשגם זה הבל ,גם הוא לשון ריבוי ודבר הנטפל ,ורצ"ל שהבאתו
ועבודתו היה מדת גם ,היינו שלא היה חושב עצמו לכלום רק כטפל ,רק מה'
היתה זאת .והביא מבכורות צאנו ,היינו שהוא חושב שהוא התחיל אפס דבר
מועט כענין שניתן לאדם הבחירה והרצון ומן השמים עזרוהו .ולזה כתיב גם
הו"א לשון נסתר ,רצ"ל שגם זה השפלות והג"ם היה בהסתר אצלו שלא היה
נראה אצלו כלום ,והכל ממנו יתברך".
אמרי מנחם /בראשית
ֹ ֹ
צאנו" ,בלויז די 'התחלה' טוט ער – אבער אלעס אויסער דעם ,טוט
בלויז דער אייבערשטער! און אפילו דאס וואס ער האלט זיך
'בשפלות' – ווייסט ער ניטאמאל דערפון! ווייל ער איז באמת א שפל
בעיניו! ער האלט אמת'דיג אז אלעס קומט פונעם אייבערשטן און
ׁ
ער טוט נישט גארנישט! און דערפאר זאגט דער פסוק" :וַ ִ ּי ַשע ה' ֶאל
ֹ
ֶה ֶבל וְ ֶאל ִמנְ ָחתו" ,דער אייבערשטער האט א נחת רוח דוקא פון אזא
עבודה ,וואס דער איד ווייסט ביי זיך אז ער טוט גארנישט און אלעס
איז נאר פונעם אייבערשטן .און דאס האט מען אלעמאל געזען ביי
צדיקי אמת ,אז זיי האבן געטון און געטון ָאן א שיעור ,אבער וויפיל
זיי האבן אלץ געטון – האבן זיי זיך כסדר געשפירט ווי איינער וואס
האט נאך גארנישט געטון! ווייל עס איז גארנישט זייערס! זיי ווייסן
אז דער גאנצער 'כח' און 'מח' ,די 'מחשבה' ,דער 'דיבור' און די 'מעשה'
– אלעס איז נאר פונעם אייבערשטן! אזוי זאגט דער עבודת ישראל.
ביכורים מיינט אז איך טוה גארנישט אויסער די משהו 'התחלת הרצון'
מיט דעם קען מען אפשר פארשטיין די מצוה פון 'ביכורים' ,אז דאס
איז דער זעלבער ענין ווי די 'בכורת צאנו' וואס הבל האט
געברענגט ,וואס דער עבודת ישראל זאגט אז דאס ווייזט ,אז בלויז די
'התחלה' – וועלכע איז א בחינה פון 'בכור' – נאר דאס האב איך
צוגעשטעלט! בלויז א משהו דמשהו רצון און בחירה אנצוהייבן,
אבער פון דארט און ווייטער האט אלעס דער אייבערשטער געטון!
עס איז גארנישט מיין כח! און דערפאר זאגט די תורה ,אז די זעלבע
זאך איז אויך בגשמיות ,אז נאכדעם וואס דער מענטש האט געארבעט
א גאנץ יאר אויפן פעלד ,ער האט אריינגעלייגט אזויפיל כח און
יגיעה ,ביז עס איז ארויסגעוואקסן אזעלכע שיינע פירות – זאל ער
ברענגען די 'ביכורים' צום אייבערשטן ,דאס הייסט ,ער זאל זאגן
פארן אייבערשטן אז איך האב דא גארנישט געטון! נאר בלויז דער
'ביכורים' ,די התחלה צו וועלן באארבעטן דאס פעלד ,נאר דאס האב
ד
איך צוגעשטעלט ,אבער אלע יגיעות און אלע הצלחות ,דאס איז
אלעס נאר פון דיר; ווי מען זאגט דארט אין די פסוקים (דברים כו ,י):
ׁ ׁ
אשית ּ ְפ ִרי ָה ֲא ָד ָמה ֲא ֶשר נָ ַת ּ ָתה ִ ּלי ה'" – נישט "וְ ַע ּ ָתה ִה ֵ ּנה ֵה ֵב ִ
אתי ֶאת ֵר ִ
איך האב געברענגט די פירות דורך מיין ארבעטן ,נאר דו באשעפער
האסט מיר דאס געגעבן.
אמרי מנחם /בראשית
בראשית בשביל ביכורים – דער עיקר נח"ר איז נאר פון אן עבודת ה' וואס ער שפירט אז ער טוט
גארנישט
מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש וואס דער נועם אלימלך
ברענגט" :בראשית בשביל מצות ביכורים שנקראין ראשית".
ווייל כאטש 'ביכורים' איז טאקע נאר א חלק פון אלע מצוות התורה
און עס איז שוין נכלל אינעם 'בשביל התורה ובשביל ישראל' ,איז
דאך אבער שייך מקיים צו זיין די גאנצע תורה אויף אן אופן פון 'קין',
וואס ער שפירט אז ער טוט דא עפעס פארן אייבערשטן ,וואס נישט
צוליב אזא סארט תורה האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט,
ווייל פון דעם האט נישט דער אייבערשטער דעם נחת רוח; ווי עס
ֹ ֹ ׁ
שטייט" :וְ ֶאל ַקיִ ן וְ ֶאל ִמנְ ָחתו לא ָש ָעה" .און דערפאר זאגט דער מדרש:
דו ווייסט וועלכע סארט 'תורה וישראל' איז דער תכלית הבריאה
פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט? 'בשביל
ביכורים' – אזא סארט תורה וואס גייט צו אויפן אופן פון 'ביכורים',
וואס דער מענטש ווייסט אז חוץ די התחלה פון א משהו רצון – האט
ער גארנישט געטון! ער שפירט ווי אלע זיינע מעשים זענען 'הבל
וריק'! ער שפירט אז אלעס וואס ער האט צוגעשטעלט מיט יגיעות
ׁ
"א ֶשר נָ ַת ּ ָתה ִ ּלי ה'" – ער דאנקט דעם אייבערשטןאון עבודות איז ֲ
אויף יעדע מינוט און יעדע רגע וואס ער קען דאווענען! ער דאנקט
דעם אייבערשטן אז ער קען עפעס לערנען א שטיקל גמרא און אז
ער קען געבן אביסל צדקה! און דאס איז דער ריכטיגער 'בראשית
בשביל התורה ובשביל ישראל' ,ווייל דוקא אזא סארט תורה שאפט
ׁ
דעם אמת'ן נחת רוח פארן אייבערשטן; ווי עס שטייט" :וַ ִ ּי ַשע ה' ֶאל
ֹ
ֶה ֶבל וְ ֶאל ִמנְ ָחתו".
נאכן התגברות היצר וויל דער יצה"ר כאטש אריינברענגען א געפיל פון 'לסטים אתם'
מיט דעם פארשטייט מען די ווערטער פון רש"י" :ומה טעם פתח
בבראשית וכו' שאם יאמרו אומות העולם לישראל ליסטים אתם
ה וכו' הם אומרים להם ,כל הארץ של הקב"ה היא וכו' ברצונו נתנה להם
וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" – דער ענין פון 'ארץ ישראל' איז א
כלליות'דיגע קדושה ,וואס דאס ווייזט אויף אלע ענינים וואס א
מענטש האט מצליח געווען זיך מתגבר צו זיין אויפן יצר הרע און
זוכה זיין צו א געוויסע קדושה .וואס דעמאלט קומט דער יצר הרע
און זאגט פארן מענטש" :לסטים אתם" – דו האסט מיר בארויבט!
אמרי מנחם /בראשית
דאס הייסט ,דו האסט באוויזן מנצח צו זיין דעם יצר הרע מיט דיינע
אייגענע כוחות! דו האסט זיך מתגבר אויף אלע נסיונות ,און דו ביסט
אנגעקומען! און מיט דעם וויל דער יצר הרע קאליע מאכן די גאנצע
עבודה פונעם מענטש ,אז עס זאל ווערן א בחינה פון קין ,און דער
אייבערשטער זאל נישט האבן קיין נחת רוח דערפון.
דער איד זאגט פאר יצה"ר 'ברצונו נתנה לנו' – נאר דער אייבערשטער האט עס געטון און
גארנישט איך
און דערפאר האט דער פסוק אנגעהויבן מיט 'בראשית' ,וואס דאס
מרמז אויף 'ביכורים'; ווי דער נועם אלימלך זאגט ,כדי צו ווייזן
אז דער מענטש טוט גארנישט! און דאס פירט רש"י אויס" :הם
אומרים להם ,כל הארץ של הקב"ה היא וכו' ברצונו נתנה להם וברצונו
נטלה מהם ונתנה לנו" – דער מענטש זאגט צוריק פארן יצר הרע וכת
דיליה ,אלעס איז נאר פונעם אייבערשטן! "ברצונו נתנה להם" -די
אלע כוחות און נסיונות וואס דער יצר הרע פארמאגט – איז נישט
זיינע אייגענע כוחות ,נאר דאס האט ער באקומען פון הימל ווייל
דאס איז דער רצון ה' ,אז דער מענטש זאל האבן א נסיון" .וברצונו
נטלה מהם ונתנה לנו" – און שפעטער גיבט דער אייבערשטער די
כוחות פארן מענטש זיך מתגבר צו זיין קעגן דעם יצר הרע ,ווייל
דאס איז דעם אייבערשטנ'ס רצון! אבער דער גאנצער 'התגברות' איז
נישט געווען 'איך'! דאס האט דער אייבערשטער געטון 'ברצונו' ,ער
האט עס מיר געגעבן! ממילא ,האב איך זיך נישט וואס גרויס צו
האלטן דערמיט.
Ƿ דברי כיבושין *
זעען מיר דאך :אז ווי ער זאגט [דער עבודת ישראל] אז "וישע אל
הבל ואל מנחתו" ,אז דער תכלית איז צו וויסן אז דער
אייבערשטער גיבט דיר דעם כח ,דארפסט דאנקן דעם אייבערשטן ו
יעדע מינוט און יעדע רגע אויף וואס דו קענסט דאווענען און דו
קענסט עפעס אנקוקן א שטיקל גמרא ,צו די גיסט עפעס אביסל
צדקה ,וואס דו טוסט זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר דעם כח פונעם
אייבערשטן.
* צו הערן די דברי כיבושין ,רופט 718-400-7790און דרוקט 1
אמרי מנחם /בראשית
דאס איז זייער חשוב אין הימל ,אין דעם זכות טאקע וואס אידן טוען
אזעלכע מצוות ,און זיי ווייסן [דאס] ,איז דאך דאס משולב מיט
'אמונה'! גייט דאך דאס שוין אריין אין דער ענין פון אמונה ,א
שטארקע אמונה ,אז יעדער טריט און יעדער ריר וואס א איד טוט,
דאס איז פון אייבערשטן .און אזויווי עס איז ברוחניות ,די זעלבע זאך
איז דאך דאס אין 'גשמיות'[ .און בגשמיות איז דאס] נאכמער ,ווייל
אין רוחניות שטייט דאך איז דא א 'בחירה'; ווי דער חובת הלבבות
[זאגט] (שער הבטחון פרק ד) ,אבער בגשמיות איז בכלל נישטא קיין
בחירה.
ממילא יעדער תנועה און יעדער ריר און יעדער הצלחה וואס א איד
מאכט און ער האט ,דארף ער וויסן אז עס איז ממש נאר פון
האר!
אייבערשטן! ער קען גארנישט אליין! גארנישט טון קיין ָ
זאל דער אייבערשטער העלפן ,אז מיר זאלן זוכה זיין טאקע צו דער
בחינה ,צו קענען טון מצוות ומעשים טובים מיט אמונה שלימה,
אז נאר דער אייבערשטער גיבט דעם כח ,און מיר זאלן מיר זוכה זיין
צו 'לימוד התורה' און צו 'קיום התורה' ,מתוך נחת והרחבה בביאת
גואל צדק במהרה בימינו ,אמן.
4
וַ ַ ּי ְרא ֱאל ִֹקים ֶאת ָהאוֹר ּ ִכי טוֹב
חש ְך.
וַ ַ ּי ְבדֵּ ל ֱאל ִֹקים ֵּבין ָהאוֹר ו ֵּבין ַה ׁ ֶ
א) רש"י לערנט ,אז דער אייבערשטער האט געזען אז דער אור איז
ז אזוי גוט ,נו אויב אזוי ,איז נישט גוט אז ער זאל זיין
אויסגעמישט מיטן חושך .אבער דער רמב"ןב קריגט אויף רש"י ,ווייל
ב וז"ל" :וירא אלקים את האור כי טוב ,כתב רבינו שלמה ,אף בזה אנו צריכין לדברי
אגדה ,ראה שאינו ראוי להשתמש בו רשעים והבדילו לצדיקים לעתיד לבוא
ולפי פשוטו כך פרשהו ,ראהו כי טוב ואין נאה לו ולחשך להשתמש בערבוביא,
וקבע לזה תחומו ביום ולזה תחומו בלילה ורבי אברהם אמר ,וירא ,כמו וראיתי
אמרי מנחם /בראשית
לויט דעם קומט אויס אז דא איז געווען אן 'המלכה ועצה חדשה' ,אז
ערשט נאכדעם וואס דער אייבערשטער האט באשאפן דעם אור
האט ער געזען אז אור איז גוט ,און דאס קען דאך נישט זיין ביי
כביכול .דערפאר לערנט דער רמב"ן פשט ,אז 'וירא אלקים' מיינט,
געפאלן פארן אייבערשטן דער אור ,און אט דער 'ראיה' –
ָ עס איז
דאס איז דער 'רצון' וואס דער אייבערשטער איז משגיח דערויף
כסדר מיט זיין רצון און חפץ ,און נאר אזוי האט דאס א קיום ,ווייל
אויב זאל דער אייבערשטער אויפהערן דאס 'וועלן' פאר איין רגע –
ווערט עס 'אין ואפס' .לכאורה ,לויטן רמב"ן איז דער 'כי טוב' נישט
מקושר צום 'וירא אלקים את האור' ,ווייל עס איז נישט פשט אז דער
אייבערשטער האט איינגעזען אז דער אור איז גוט ,נאר דעם
געפאלן דער אור .נו ,וואס איז דער פשט פון די
ָ אייבערשטן איז
ווערטער 'כי טוב' וואס שטייט נאכדעם?
ֹ ֹ ׂ ֹ ֹ ֹ ֹ ֹ ֹ
ב) "וַ ּי ֶ
אמר ה' ֱאל ִקים לא טוב ֱהיות ָה ָא ָדם ְל ַב ּדו ֶא ֱע ֶשה ּלו ֵעזֶ ר ְּכנֶ ְג ּדו".
לכאורה ,איז דאך דא א סתירה מיניה וביה ,איז זי אן 'עזר'
אדער גאר א 'כנגדו'? רש"י ברענגט טאקע דעם דרש פון חכמינו ז"ל:
"זכה עזר ,לא זכה כנגדו" ,אבער מען דארף פארשטיין על פי פשטות
וויאזוי גייט דאס צוזאמען?
ג) רש"י זאגט" :לא טוב היות וגו' -שלא יאמרו שתי רשויות הן ,הקב"ה
יחיד בעליונים ואין לו זוג וזה בתחתונים ואין לו זוג" – כדי
מען זאל נישט קומען זאגן אן ענין פון 'שתי רשויות חס ושלום ,אז
אני (קהלת ב יג) ,והיא במחשבת הלב ,וטעם "ויבדל" ,בקריאת השמות .ואין
דברי שניהם נכונים ,שאם כן יראה כענין המלכה ועצה חדשה ,שיאמר כי
אחרי שאמר אלהים יהי אור ,והיה אור ,ראה אותו כי טוב הוא ,ולכן הבדיל
בינו ובין החשך ,כענין באדם שלא ידע טיבו של דבר עד היותו .אבל הסדר
במעשה בראשית ,כי הוצאת הדברים אל הפועל יקרא "אמירה" ,ויאמר אלהים
יהי אור ,ויאמר יהי רקיע ,ויאמר תדשא הארץ ,וקיומם יקרא "ראיה" ,כענין ח
וראיתי אני דקהלת (ב יג) ,וכן ותרא האשה כי טוב העץ למאכל (להלן ג ו),
והוא כענין שאמרו (כתובות קט) רואה אני את דברי אדמון וכמוהו (ש"ב טו כז)
ויאמר המלך אל צדוק הכהן הרואה אתה שובה העיר בשלום והענין להורות
כי עמידתם בחפצו ,ואם החפץ יתפרד רגע מהם יהיו לאין וכאשר אמר בכל
מעשה יום ויום וירא אלהים כי טוב ,ובששי כאשר נשלם הכל וירא אלהים את
כל אשר עשה והנה טוב מאד ,כן אמר ביום הראשון בהיות האור וירא אלהים כי
טוב ,שרצה בקיומו לעד".
אמרי מנחם /בראשית
פונקט ווי דער אייבערשטער איז דער 'יחיד בעליונים' איז דער
מענטש דער 'יחיד בתחתונים' ,דערפאר האט דער אייבערשטער
באשאפן אז דער מענטש זאל האבן א 'זיווג' און נישט זיין קיין 'יחיד'.
לכאורה ,איז דאך 'עיקר חסר מן הספר' ,עס וואלט געדארפט שטיין
'אעשה אותו שנים' – איך וועל מאכן אז עס זאל זיין צוויי מענטשן,
און פארוואס זאגט דער פסוק אזא סארט לשון פון 'עזר כנגדו' ,וואס
עס זעט אויס ווי דער גאנצער תכלית דא איז אז דער מענטש זאל
האבן אן 'עזר' ,און נישט אז דער תכלית דא איז די ריינע אמונה ,אז
מען זאל נישט זאגן אז דער מענטש איז חלילה א 'יחיד בתחתונים'?
ד) דער אור החיים הקדוש פרעגט ,אויבן שטייט דאך (בראשית א ,כז):
ֹ ֹ ֹ
"וַ ִ ּי ְב ָרא ֱאל ִקים ֶאת ָה ָא ָדם ְ ּב ַצ ְלמו וגו' זָ ָכר ּונְ ֵק ָבה ָ ּב ָרא א ָתם" –
לכתחלה זענען זיי באשאפן געווארן 'זכר ונקבה' ,נו ,פארוואס זאגט
דא דער פסוק 'לא טוב היות האדם לבדו' ,ער איז דאך נישט לבדו?
הגם רש"י אויבן זאגט דארט א פשט ,אז דאס גייט ארויף אויף די
שפעטערדיגע יצירה פון חוה ,אבער זעט אויס פון אור החיים הק' ,אז
דאס איז נישט ממש דער פשוט'ער פשט ,נאר בפשטות איז משמע אז
באלד האט מען זיי באשאפן זכר ונקבה ,ממילא איז שווער דער 'לא
טוב היות האדם לבדו'? ער איז דאך קיינמאל נישט געווען 'לבדו'?
ֹ ׂ ׂ ֹ ֹ
ה) "וַ ּי ֶ
אמר ָה ָא ָדם זאת ַה ּ ַפ ַעם ֶע ֶצם ֵמ ֲע ָצ ַמי ּו ָב ָשר ִמ ְ ּב ָש ִרי ְלזאת יִ ָ ּק ֵרא
ֹ ׁ ׁ
ִא ּ ָשה ִּכי ֵמ ִאיש ֻל ֳק ָחה ּזאת" .לכאורה ,אדם האט געגעבן
נעמען פאר די גאנצע בריאה ,און עס שטייט נישט קיין טעמים
פארוואס ער האט איינגעזען אז דער נאמען פאסט פארן אריה און
דער נאמען פאסט פארן נחש וכדומה ,און פארוואס פונקט דא
שמועסט דער פסוק אויס באריכות דעם טעם פארוואס זי הייסט
'אשה' ווייל 'מאיש לקחה זאת'?
ו) אין פרשת ויצא זאגט דער מדרש (ב"ר סח ,ד)" :מטרונה שאלה את ר'
ט יוסי בר חלפתא ,אמרה לו לכמה ימים ברא הקב"ה את עולמו,
אמר לה לששת ימים וכו' ,אמרה לו מה הוא עושה מאותה שעה ועד
עכשיו אמר לה הקב"ה יושב ומזווג זיווגים וכו' ,אמרה לו ודא הוא
אומנתיה אף אני יכולה לעשות כן ,כמה עבדים כמה שפחות יש לי
לשעה קלה אני יכולה לזווגן אמר לה אם קלה היא בעיניך קשה היא
לפני הקב"ה כקריעת ים סוף הלך לו ר' יוסי בר חלפתא ,מה עשתה
אמרי מנחם /בראשית
נטלה אלף עבדים ואלף שפחות והעמידה אותן שורות שורות אמרה
פלן יסב לפלונית ופלונית תיסב לפלוני וזיווגה אותן בלילה אחת,
למחר אתון לגבה ,דין מוחיה פציעא דין עינו שמיטא דין רגליה תבירא,
אמרה להון מה לכון ,דא אמרה לית אנא בעי לדין ,ודין אמר לית אנא
בעי לדא ,מיד שלחה והביאה את ר' יוסי בר חלפתא אמרה לו לית
אלוה כאלהכון אמת היא תורתכון נאה ומשובחת יפה אמרת" – די
מטרוניתא האט געפרעגט פון רבי יוסי בן חלפתא ,וואס טוט דער
אייבערשטער זינט ער האט באשאפן די וועלט? האט ער איר
געענטפערט ,אז ער זיצט און שטעלט צוזאם שידוכים .האט זי
געזאגט ,דאס קען איך דאך אויך טון! איז זי געגאנגען און
ּ
צוזאמגעפ ָארט שידוכים צווישן אירע עבדים און שפחות ,אבער
אינדערפרי האט זי געזען אז זיי האבן זיך צעקלאפט און צעהאקט
איינער דעם אנדערן .האט זי איינגעזען ווי גערעכט רבי יוסי איז
געווען .לכאורה ,וואס איז דא געווען דער 'דין ודברים' ,וואס איז
געווען די כוונה מיט איר קושיא 'וואס טוט דער אויבערשטער' ,און
פארוואס האט ער איר נישט געענטפערט דעם פשוט'ן אמת וואס
יעדער איד ווייסט ,אז דער אייבערשטער איז משגיח אויף דער
גאנצער וועלט יעדע מינוט און יעדע רגע?
ז) אויך דער לשון "קשה היא לפני הקב"ה כקריעת ים סוף" – דער
שידוך פון א מענטש קומט ָאן אזוי שווער ווי קריעת ים סוף,
דארף א הסבר ,וואס איז די כוונה מיטן צושטעל דוקא צו קריעת ים
סוף? אויך איז שווער דער לשון 'יושב ומזווג' ,וואס מיינט ער דא
מדגיש צו זיין מיטן לשון 'יושב' ,ער וואלט געקענט זאגן בלויז 'הקב"ה
מזווג זיווגים'?
ח) דער מנהג ישראל איז ,אז מען הייבט ָאן די קריאת התנאים מיטן
ֹ ֹ ׁ
"מ ָצא ִא ּ ָשה ָמ ָצא טוב וַ ָ ּי ֶפק ָרצון ֵמה'".
פסוק (משלי יח ,כב)ָ :
דארף מען פארשטיין ,וואס מיינט 'מצא טוב'? און וואס איז דער
י
המשך הפסוק "ויפק רצון מה'" ,אז מיט דעם טוט מען ארויסברענגען
דעם רצון פון אייבערשטן .וואס איז די כוונה?
דער טעות פון די פארצייטישע אפיקורסים 'אין כבודו להשגיח בתחתונים'
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .עס איז באקאנט די ווערטער פונעם
רמב"ן סוף פרשת בא ,וואס ער ברענגט אראפ די אלע שיטות
אמרי מנחם /בראשית
און טעותים וואס די פארצייטישע חוקרים האבן געהאלטן ,אז חס
ושלום 'עזב ה' את הארץ' ,דער אייבערשטער איז נישט משגיח אויף
דער וועלט .און דער עבודת ישראל ברענגט עס אראפ אויף עטליכע
פלעצערג ,און ער איז מאריך מסביר צו זיין זייער טעות ,אז זיי האבן
געהאלטן אז דער אייבערשטער איז אזוי דערהויבן און הויך ,אז עס
איז נישט קיין כבוד אז ער זאל משגיח זיין אויף די נידריגע ברואים
פון דער נידריגער וועלט ,און דערפאר האט ער איבערגעגעבן די
הנהגה פון דער וועלט צו די כוחות הכוכבים ומזלות וכדומה ,רח"ל
מהאי דעתא .אבער אינ'אמת'ן איז זייער גאנצע שיטה אפגעפרעגט
פון אלע זייטן ,ווייל דער אייבערשטער האט נישט באשאפן די וועלט
כדי מקבל צו זיין א טובה פון דער וועלט ,נאר ער האט עס באשאפן
כדי 'מטיב' צו זיין פאר די נבראים ,ווייל דער אייבערשטער איז א
'טוב' און 'מדרך הטוב להטיב' ,ממילא ,איז דאס יא זיין כבוד זיך
אראפצולאזן נידריג נידריג ,כדי משפיע צו זיין און מטיב זיין פאר די
נידריגע נבראים ,ווייל 'רצונו של אדם זהו כבודו' ,אויב דאס איז דער
רצון ה' – איז דאס זיין כבוד.
בעצם איז עס טאקע נישט 'כבודו' – אבער ווייל עס איז 'רצונו להטיב' איז דאס זיין כבוד
ֹ ֹ
לויטן רמב"ן קען מען פארשטיין דעם פסוק "וַ ַ ּי ְרא ֱאל ִקים ֶאת ָהאור",
אז דער פסוק קומט זאגן ,אז דאס גופא וואס דער אייבערשטער
איז משגיח און וויל דעם 'אור' יעדע מינוט און יעדע רגע – וואס
ֹ
דורכדעם האט עס א 'קיום' – דאס איז נאר ִּ
'כי טוב' ' ,ווייל דער
אייבערשטער איז 'טוב' און וויל 'מטיב' זיין פאר די נבראים .ווייל
אויב נישט מטיב צו זיין ,וואלט ער טאקע נישט משגיח געווען
בתחתונים ,ווייל עס וואלט נישט געווען 'לפי כבודו' (און אויך אויף די
עליונים וואלט נישט געווען לפי כבודו משגיח צו זיין; ווי דער עבודת ישראל איז דארט
מסביר ,אז דאס הייסט אויך א השפלה פארן אייבערשטן) ,נאר די גאנצע סיבה
פארוואס ער איז משגיח און מחיה די וועלט כסדר ,איז בלויז כדי
אי
מטיב צו זיין פאר די נבראים.
ג עי' בפרשת בא ד"ה איתא במדרש למה ,ובדרושי ראש השנה ד"ה שופטים.
אמרי מנחם /בראשית
טאמער וואלט חוה געווען א 'בריה בפני עצמה' וואלט נישט געקענט זיין 'והוא ימשול בך'
דער טור (בהקדמת ספרו אבן העזרד) ברענגט אראפ א ראב"ד וואס ער
איז מסביר א טעם פארוואס חוה איז באשאפן געווארן פון 'אחת
מצלעותיו' ,ווייל טאמער וואלט זי באשאפן געווארן אלס א בריה
פאר זיך ,וואלט זי נישט געקענט 'מקבל מרות' זיין פון איר מאן ,נאר
זי וואלט זיך אלעמאל ארומגעקריגט מיט אים ,פונקט ווי די בהמות
און חיות קריגן זיך דער זכר מיט די נקבה .אבער יעצט אז זי איז
באשאפן געווארן פון אים – האט זי הכנעה צו אים אזויווי די אברים
פונעם מענטש האבן הכנעה צום מענטש.
וויאזוי קען היינט די אשה האבן הכנעה צו איר מאן?
אבער לכאורה איז שווער ,הא תינח ביי חוה וואס זי איז טאקע
בפועל באשאפן געווארן פון 'עצם מעצמיו' ,אבער ביי די
אלע דורות וואס ווערן געבוירן שפעטער ,איז דאך יא יעדער באשאפן
געווארן א בריה פאר זיך ,נו ווי קען דארט זיין הכנעה פון דער נקבה
ד וז"ל" :ועוד הפליא והגדיל עמו בעזר אשר עזרו ,ובעטרה אשר עטרו ,וכחתן פארו,
וישם עליו ציץ נזרו ,ועל הכל האשה אשר ממנו לוקחה ,ולא כשאר הברואים
אשר בראם שנים שנים ,אבל בראו לבדו ,ויקח אחת מצלעותיו ויבן אותה לאשה
ויביאה לו למען היותה לו לעזר ולהועיל ,כאשר כתב החכם רבי אברהם ב"ר
דוד בספר הנפש ,כי לטובת האדם ולהנאתו הגדולה עשה זה ,שאילו נברא זכר
ונקבה כשאר הברואים היתה האשה אצל האדם כנקבות הבהמה אצל הזכר,
שאינה מקבלת שלטונות הזכר ולא עומדת אצלו לשמשו ,אך זה חוטף מזה וזה
בועט בזה ואיש למעברו יפנו ,וגם אינם מיוחדים זה לזה ,לפי שבתחלה נבראו
זה בפני עצמו וזה בפני עצמו ,ולכן ראה הבורא יתברך צורך האדם והנאותיו,
וברא אותו יחידי ,ולקח אחת מצלעותיו ,ובנה האשה ממנה ,והביאה אל האדם
להיות לו לאשה ולהיותה לו לעזר ולמסעד מפני שהיא נחשבת לו כאחד מאבריו
אשר לו לשמשו ,וכי יהיה מושל עליה כמושלו על אבריו ,וכי תהיה משתוקקת
אליו כאשר אבריו משתוקקים להנאת גופו ,וזהו מה שאמר הכתוב (בראשית ב,
כ) ולאדם לא מצא עזר כנגדו ,מציאה זו אינה אחר בדיקה וחיפוש כשאר כל בי
המציאות ,שאין נכון לדבר כן כנגד הבורא יתברך ,אך היא במציאות המחשבה
הקדמונית ,כאשר ברא את הנבראים מן האדמה זכר ונקבה ,והביט וראה בטובת
האדם ולא מצא עזר לאדם בבריאה ההיא ,ואמר (בראשית ב ,יד) לא טוב היות
האדם לבדו ,כלומר אין טוב שיהיה האדם מתבודד עם האשה כמו הבהמות
שהם מתבודדים ואין הנקבות מיוחדות לזכרים ,אעשה לו עזר כנגדו ,כלומר
אבראנו בענין שיהיה לו עזר ממנו ,ושתהיה מיוחדת לו ,וזהו כנגדו ,כלומר
שתעמוד אצלו יום ולילה עכ"ל הרב".
אמרי מנחם /בראשית
צום זכר? דער ראב"ד זאגט דאך ,אז עס איז דאך נישט די טבע פון
איין בריה זיך מכניע צו זיין אונטער א צווייטע בריה?
די 'השראת השכינה' צווישן זיי באווייזט וואונדער ווי זי איז זיך מכניע צו אים
נאר אויף דעם זאגט די גמרא (סוטה יז" :).איש ואשה זכו שכינה ביניהן,
לא זכו אש אוכלתן" – אויב זענען זיי ערליך ,רוהט די שכינה
צווישן זיי .און רש"י זאגט" :שכינה ביניהם -שהרי חלק את שמו
ושיכנו ביניהן יו"ד באיש וה"י באשה" – דער איש האט א 'יוד' ,און די
אשה האט א 'הא' ,און צוזאמען איז דאס דעם אייבערשטנ'ס נאמען
'י-ה' .קומט אויס ,אז אין הכי נמי ,בדרך הטבע וואלט טאקע נישט
געווען שייך אז עס זאל זיין שלום און אחדות צווישן איש ואשה ,ווייל
יעדער וויל דאך מנצח זיין ,נאר וויבאלד עס איז דא דארט השראת
השכינה ,דורכדעם איז דער אייבערשטער משכין שלום צווישן זיי.
און דאס איז נישט אן איינמאליגע זאך וואס ער טוט בלויז ביים
שידוך שליסן און ביי דער חתונה ,נאר דאס איז א כסדר'דיגע זאך
וואס ער איז ממשיך ָאן אויפהער ,ווייל טאמער זאל דער אייבערשטער
איין רגע נישט משכין זיין שלום צווישן זיי – וואלט באלד געווארן
'אש אוכלתן' ,דער פייער פון מחלוקת וואלט זיך באלד צופלאקערט,
נאר וויבאלד דער אייבערשטער איז כסדר שורה צווישן זיי מיטן שם
'י-ה' ,דורכדעם איז ער עוסק זיי מזווג צו זיין און משרה זיין צווישן זיי
נאך אהבה און נאך אחוה ,און אזוי כסדר.
זי איז באשאפן געווארן 'מצלעותיו' כדי זי זאל באקומען די 'הא' אין איר נאמען
לויט דעם קען מען זאגן אביסל אנדערש ווי דער ראב"ד ,אז די סיבה
פארוואס חוה איז באשאפן געווארן פון די 'צלע' איז געווען,
כדי זי זאל ווערן גענומען פונעם איש ,און ממילא וועט זי באקומען
דעם נאמען 'אשה' ,און דורכדעם וועט זיין דארט דער שם 'י-ה' ,עס
וועט זיין 'השראת השכינה' צווישן זיי ,און דורכדעם וועט אלעמאל
גי זיין שלום און אחדות אין אידישע שטיבער.
אדם האט איר געגעבן א נאמען 'אשה' כדי עס זאל זיין א צירוף פון שם 'י-ה'
ֹ
אמר ָה ָא ָדם"– דער אדם מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק" :וַ ּי ֶ
ׂ ׂ ֹ
האט זיך געוואונדערט" ,זאת ַה ּ ַפ ַעם ֶע ֶצם ֵמ ֲע ָצ ַמי ּו ָב ָשר ִמ ְ ּב ָש ִרי"
– יעצט דאסמאל האט זי טאקע הכנעה צו מיר ,ווייל זי איז 'עצם
אמרי מנחם /בראשית
מעצמי ובשר מבשרי' און נישט קיין 'בריה בפני עצמה' ,און דערפאר
איז זי נכנע אזויווי יעדע אבר איז נכנע צום מענטש ,אבער וואס וועט
זיין מיט די קומענדיגע דורות? און אויף דעם האט ער באלד
ֹ
"לזאת" – כדי ממשיך צו זיין דעם כח אויך אויף אויסגעפירטְ :
ּׁ
שפעטער" ,יִ ָ ּק ֵרא ִא ָשה" – וועל איך איר געבן א נאמען 'אשה' מיט א
ׁ
'הא' ,און דער מאן וועט הייסן 'איש' מיט א 'יוד'ִּ ,
"כי ֵמ ִאיש ֻל ֳק ָחה
ֹ
ּזאת" – און דער נאמען פאסט איר ,וויבאלד זי איז גענומען געווארן
פונעם 'איש' ,און דאס איז טאקע די אמת'ע סיבה דערפון ,כדי עס
זאל רוען דא דער שם 'י-ה' ,און אז די שכינה הקדושה וועט רוען
צווישן זיי – וועט נמשך ווערן דער כח פון הכנעה און שלום אויך
אויף ווייטער.
פארוואס האט דער אייבערשטער באשאפן אזא טבע פון 'נגדיות'?
אבער לכאורה איז שווער ,דאס וואס דער ראב"ד זאגט ,אז צוויי
מענטשן וועלכע זענען א 'בריה בפני עצמה' קענען זיך נישט
מכניע זיין איינער פארן צווייטן און ממילא איז דא מחלוקת צווישן
זיי – דאס גופא איז דאך א בריאה וואס דער אייבערשטער האט אזוי
באשאפן און אריינגעלייגט אין דער טבע ,נו ,איז דאך 'הדרא קושיא
לדוכתה' ,פארוואס האט דער אייבערשטער געדארפט באשאפן חוה
פון 'אחת מצלעותיו' ,ער וואלט איר געקענט באשאפן אלס א בריה
פאר זיך ,און ער זאל נישט באשאפן דעם מדה און טבע אז מען איז
נישט מקבל מרות פון א צווייטן?
כדי מען זאל זען קלאר אז דער גאנצער שלום בית איז תלוי אין 'השראת השכינה'
נאר עס קען זיין ,אז דער מדה האט דער אייבערשטער באשאפן
בכוונה תחלה ,כדי אז פון דא זאל מען זיך קענען איבערצייגן
אין השגחת ה' יעדע רגע! ווייל נאכדעם וואס עס איז פארהאן אזא
טבע און מדה אין דער בריאה ,אז צוויי מענטשן קענען זיך נישט
מכניע זיין איינער פארן אנדערן ,און דאך זעט מען אזא פלא אז 'איש די
ואשה שזכו' האבן יא די כוחות פון הכנעה און שלום – זעט מען דאך
קלאר די השגחת ה' וואס ער מאכט ממש א נס שלא כדרך הטבע
יעדע מינוט פון זייער צוזאמלעבן! און דאס איז 'על הכלל כולו יצא',
דאס ווייזט אויף ,אז די גאנצע וועלט ווערט מושגח דורכן אייבערשטן
יעדע מינוט און יעדע רגע.
אמרי מנחם /בראשית
"כי ְ ּביָ ּ
-ה ה' און מיט דעם קען מען טייטשן דעם פסוק (ישעיה כו ,ד)ִּ :
ֹ
צ ּור עו ָל ִמים" – עס שטייט נישט 'יצר עולמים' ,נאר 'צור עולמים',
ווייל דורכן שם 'י-ה' וואס רוהט אין א אידישע שטוב ,ווערט
אויפגעוויזן אז דער אייבערשטער טוט כסדר באשאפן אלע וועלטן!
ווייל דאס איז אן 'אות פלא' אז ווען מען זאל ווען אוועקנעמען די
השגחה פאר איין מינוט – וואלט אלעס חרוב געווארן.
דער 'יושב ומזווג זיווגים' איז א הוראה אויף די גאנצע בריאה אז ער באשאפט אלעס יעדע
מינוט פונדאסניי
מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש :די מטרוניתא איז בפשטות
געווען פון די פארצייטישע אפיקורסים וועלכע האבן געהאלטן
אז 'עזב ה' את הארץ' ,און דערפאר האט זי געפרעגט פון רבי יוסי:
"מה הוא עושה מאותה שעה ועד עכשיו" – אויב האט ער איבערגעגעבן
די השגחה און הנהגה פון די תחתונים פאר אנדערע כוחות ,נו ,וואס
טוט דער אייבערשטער א גאנצן צייט? און דער רבי יוסי בן חלפתא
האט איר געוואלט אויפווייזן אז איר גאנצע שיטה איז שקר ,ווייל
באמת איז די השגחה פונעם אייבערשטן כסדר ,און טאמער זאל דער
אייבערשטער פאר איין מינוט נישט אינזין האבן דעם עולם הזה און
די תחתונים -וואלט די בריאה נישט געקענט האבן קיין שום קיום!
עס וואלט באלד געווארן 'אין ואפס'! נו ,וויאזוי האט ער איר געקענט
אויפווייזן אזא זאך אז דער אייבערשטער איז משגיח יעדע מינוט
אויף דער גאנצע בריאה? האט ער איר געגעבן איין זאך וואו מען קען
דאס ממש אויספרובירן אפילו בגשמיות ,און זיך איבערצייגן דערין
מיט די אייגענע אויגן .דערפאר האט ער איר געענטפערט" :דו ווייסט
וואס דער אייבערשטער טוט? ער איז 'יושב ומזווג זיווגים'! ער מאכט
זיכער יעדע רגע אז די זיווגים זאלן נישט צוזאמפאלן! עס זאל כסדר
זיין שלום און אהבה אין אידישע שטיבער! און פון דארט וועסטו זען,
אז אפילו אויף אזא פשוט'ער ענין איז ער משגיח בפרטיות און מאכט
וט דארט רוען זיין שכינה ,איז דאך א ראיה אז עס איז יא 'כבודו להשגיח
בתחתונים'!" .און זי האט טאקע געמאכט א פראבע צוזאמצושטעלן
אליינס זיווגים ,און זי האט זיך טאקע איבערצייגט אז בדרך הטבע
קען מען נישט צוזאמשטעלן מענטשן אינאיינעם ,ווייל יעדער איז
מורד אינעם צווייטן ,און נאר דער אייבערשטער אליינס קען דאס
טון .און פון דעם האט זי שוין מודה געווען אינעם גאנצן יסוד פון די
אמרי מנחם /בראשית
תורה ,אז דער אייבערשטער איז יא משגיח בתחתונים און ער איז
מחיה און מהוה די גאנצע וועלט יעדע רגע.
כקריעת ים סוף – עס פאדערט זיך יעדע מינוט א פרישע נס דאס אנצוהאלטן ווייטער
און דאס האט ער איר געזאגט" :קשה היא לפני הקב"ה כקריעת ים
סוף" .ווייל פונקט ווי ביי 'קריעת ים סוף' פארשטייט מען ,אז עס
איז נישט געווען גענוג בלויז אז מען האט צושפאלטן דעם ים סוף,
נאר מען האט געדארפט אנקומען יעדע מינוט און רגע צו א פרישע
נס ,אז די וואסערן וועלכע זענען געשטאנען אין די לופטן ווי חומות
– זאלן נישט צוריקגיין און אראפפאלן צו זייער אריגינאלע פלאץ
אינעם ים ,כדי אידן זאלן קענען דורכגיין דעם גאנצן ים ביזן אנדערן
זייט .אזוי אויך ביי יעדן שידוך ,איז נישט גענוג בלויז אז מען שטעלט
זיי איינמאל צוזאם ,נאר יעדע רגע דארף מען א פרישן נס זיי
צוזאמצוהאלטן באהבה ובשלום ,אז דער זיווג זאל נישט צעפאלן
ביזן אריבערגיין דעם גאנצן לעבן אויף דער וועלט .און דערפאר
האט ער גענוצט דעם לשון 'יושב' ,ווייל די גמרא זאגט (מגילה כא:).
"רכות מעומד וקשות מיושב" ,און וויבאלד דא רעדט מען דאך פון א
זאך וועלכע איז 'קשה לפניו' ,דערפאר איז ער דוקא 'יושב ומזווג
זיווגים' כביכולה.
עזר כנגדו – דער אייבערשטער האט באשאפן די טבע פון 'כנגדו' כדי עס זאל ווייזן אויפן 'טוב'
פון 'להטיב לבריותיו'
ֹ ֹ ֹ ֹ ֹ
מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק" :וַ ּי ֶ
אמר ה' ֱאל ִקים לא טוב ֱהיות
ֹ ֹ ׂ ֹ
ָה ָא ָדם ְל ַב ּדו ֶא ֱע ֶשה ּלו ֵעזֶ ר ְּכנֶ ְג ּדו" .עס קען זיין ,אז דא רעדט מען
נישט פונעם עצם בריאת האשה ,וואס זי איז שוין פריער באשאפן
געווארן מצלעותיו; ווי דער אור החיים הק' זאגט ,נאר דער פסוק
קומט דא מסביר זיין דעם טעם ,פארוואס די אשה איז באשאפן
געווארן 'עצם מעצמיו' און נישט א בריאה פאר זיך .און אזוי אויך,
פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן אזא טבע פון 'נגדיות' ,אז
זט
קיין איין בריה וויל זיך נישט מכניע זיין פארן צווייטן .און דאס זאגט
ֹ ֹ
"היות ָה ָא ָדם ְל ַב ּדו" – טאמער וועט דער מענטש ,דער
דער פסוק דאֱ :
זכר און נקבה ,ווערן באשאפן עקסטער פאר זיך ,און נישט פון איין
ה עי' בחינה זו בסגנון אחר קצת בספר אמרי מנחם שנה ב' עמ' רצג.
אמרי מנחם /בראשית
ֹ ֹ
גוף ,וועט זיין "לא טוב" – עס וועט נישט גוט זיין! דאס הייסט ,עס
וועט נישט ארויסקומען די הוכחה אויפן 'וירא אלקים כי טוב' ,אז
דער אייבערשטער איז 'רואה' און משגיח אויף די תחתונים כדי
ֹ ׂ
"א ֱע ֶשה ּלו ֵעזֶ ר" – איך וועל באשאפן
'להטיב לבריותיו' .און דערפארֶ ,
די אשה אז זי זאל זיין אן 'עזר' וועלכע איז נכנע אונטער אים ,אבער
ֹ
ְּ
"כנֶ ְג ּדו" – איך וועל אויך באשאפן א טבע פון 'כנגדו' ,אז בטבע זאל א
מענטש זיך נישט קענען מכניע זיין אונטער א צווייטן! און דוקא פון
דעם פלא וואס מען וועט זען ,אז דא צווישן דעם זכר און נקבה איז
יא דא א הכנעה 'שלא כדרך הטבע' – וועט פון דעם ארויסקומען
קלאר די הוכחה אז איך בין דער משגיח אויף די גאנצע וועלט 'כדי
להטיב'.
לאפוקי פון דער טעות פון 'יחיד בעליונים' אז ער איז נישט משגיח דא אונטן
און דאס זאגט רש"י" :שלא יאמרו שתי רשויות הן ,הקב"ה יחיד
בעליונים" – כדי די אפיקורסים זאלן נישט קענען זאגן ,אז דער
אייבערשטער איז בלויז א 'יחיד בעליונים' ,און ער איז נישט משגיח
אויף די תחתונים ,דערפאר האט דער אייבערשטער באשאפן דעם
מענטש מיט אזא סתירה ,אז פון איין זייט האט ער א טבע פון 'כנגדו'
זיך נישט מכניע צו זיין ,און פון צווייטן זייט איז די אשה אן 'עזר'
וועלכע איז זיך מכניע אונטער אים און ער איז מושל אויף איר
מרצונה ,וואס דאס ווייזט קלאר אז דער אייבערשטער איז משגיח
אויך אויף די תחתונים יעדע מינוט און יעדע רגע ָאן קיין הפסק.
ויפק רצון מה' – נאר דורכן רצון ה' האלט זיך דער זיווג
ווען עס שטעלט זיך צוזאם א אידישער שידוך ,זאגט מעןָ :
"מ ָצא
ֹ ׁ
ִא ּ ָשה ָמ ָצא טוב" .ווייל אויב איז 'מצא אשה' ,אויב האט מען
חתונה און מען קען זיך צוזאמלעבן ,איז דאך דא א 'מצא טוב' -עס
שטעלט זיך דאך ארויס דער אמת'ער טוב פונעם 'מטיב לבריותיו',
זי וואס ער איז משגיח בתחתונים בלויז כדי מטיב צו זיין .און דער
רמב"ן זאגט דאך דאס לשון" :כי עמידתם בחפצו ,ואם החפץ יתפרד
רגע מהם יהיו לאין" – דער גאנצער השגחת ה' איז אלץ נאר דורך זיין
'רצון' וואס ער וויל אז די זאך זאל עקזעסטירן ,און דערפאר פירט
ֹ
מען אויס" :וַ ָ ּי ֶפק ָרצון ֵמה'" – ביי א אידישע זיווג זעט מען מיט די
אמרי מנחם /בראשית
אויגן ,ווי נאר דער רצון פון אייבערשטן יעדע מינוט און יעדע רגע
האלט ָאן דעם קיום הזיווג.
היוצא לנו מזה :בפשטות קוקט דאך אויס ,אז עס קומט א שדכן און
ער ברענגט צוזאם פלוני בן פלוני מיט בת פלוני ,און אזוי
ווערט דאס אהערגעשטעלט .אבער א איד דארף וויסן דעם אמת ,אז
באמת קען דער שידוך נישט האבן קיין קיום קיין איין רגע ,און דער
'יושב ומזווג זיווגים' מוז כסדר וואוינען ביי זיי אינדערהיים מיט
השראת השכינה ,כדי דאס זאל קענען אנהאלטן .און ממילא קומט
אויס ,אז ביי אים אינדערהיים ווערט אויפגעוויזן אלע יסודות פון
אמונה ,אז דער תכלית הבריאה איז 'להטיב' ,און דער אייבערשטער
איז משגיח אויף יעדן פרט און פרט פון אויבן ביז אונטן ,און 'לולי
השגחתו ולולי חפצו' וואלט אלעס געווארן ווי גארנישט .און ממילא,
פון דעם קומט ער צו צו יראת שמים מורא צו האבן פונעם אייבערשטן
וואס זעט אלעס און הערט אלעס בחדרי חדרים ,און ווי מער ער
לעבט מיט יראת שמים און השגחה – אלץ מער השגחה איז ער
ממשיך; ווי דער ייטב לב (פרשת נח ד"ה א"י עפמ"ש) ברענגט פונעם רמב"ם
(מו"נ פרק נא) ,אז 'ההשגחה כפי הדבקות' ,לויט וויפיל א מענטש איז
דבוק אינעם אייבערשטן ,אזויפיל השגחה און השראת השכינה איז
ער ממשיך אויף זיך .און ווי מער 'השגחה' ער איז ממשיך ,אלץ מער
איז דא דארט 'אהבה אחוה שלום וריעות' וואס דער 'יושב ומזווג
זיווגים' ברענגט זיי צוזאם.
דער אייבערשטער זאל העלפן ,מען זאל זוכה זיין צו גוטע שידוכים
און זיווגים טובים ,יעדער איינער וואס ער דארף האבן אינעם
ריכטיגן מינוט ,און מען זאל זוכה זיין צו השראת השכינה אין שטוב,
מיט א ריכטיגע אחדות און שלום ,מיט שמחות און נחת מיט געזונט,
און מען זאל זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו ,אמן.
חי
4
אמרי מנחם /בראשית
Ƿ ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים דיבורים וסיפורים -
הרה"ק רבי יצחק בן הרה"ק ר' אברהם יהושע העשיל רובין זצ"ל
אב"ד לעדת עסטרייך אונגארין בעיה"ק צפת ת"ו
כ"ט תשרי תרע"ו
מראש צורים אראנו
דער זיידע רבי איציקל צפת'ער זצ"ל איז געבוירן געווארן בערך אין
יאסלער זיידע -רבי
יאר תרל"ח לפ"ק ,צו זיין פאטער דער ַ
אברהם יהושע העשיל זצ"ל – וואס ער איז געווען א זון פון רבי
לאוו זצ"ל ,א זון פונעם רבי'ן ר' אשר'ל ראפשיצער
קא ָ
סא ָ
אלימלך פון ָ
זצ"ל.
ער האט חתונה געהאט צו די באבע מינדל – א טאכטער פונעם
ווישניצער זיידן -הגה"ק רבי נפתלי רובין זצ"ל -וואס ער איז
געווען אן איידעם ביים שינאווער רב זצ"ל.
יתיב עם מלכא בלחודוהי
זיין עלטער שווער דער הייליגער שינאווער רב האט אים זייער
מקרב געווען און שטארק געהאלטן פון אים .עס איז אמאל
געווען ,וואס דער שינאווער רב האט זיך איינגעשפארט מיט אים
אליין פאר א גאנצע נאכט .מען האט געזאגט ,אז ער האט דעמאלט
געלערנט מיט אים קבלה.
אוה למושב לו
א שטיק צייט נאכן הסתלקות פונעם שינאווער רב ,האט ער זיך
אנגערופן צו זיינע ארומיגע ,אז וויבאלד ער האט שוין נישט קיין
רבי'ן ,דעריבער האט ער בדעה צו פארן קיין ארץ ישראל – וואו זיין
פאטער האט שוין דעמאלט געוואוינט – און זיך דארט באזעצן.
אסאך האבן אים פרובירט אפצורעדן פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל,
טי
אויך דער הייליגער קאלאשיצער רב (כאטש ער איז נאך דעמאלט געווען א
יונגערמאן) האט פרובירט צו רעדן צו אים ,אז ער זאל נישט פארן,
אבער ,והוא באחת ,ער האט זיך געהאלטן ביי זיינס .אין יאר תרס"ד
האט ער זוכה געווען אויסצופירן זיין רצון און ער האט זיך באזעצט
אין עיר הקודש צפת.
אמרי מנחם /בראשית
תורה יבקשו מפיהו
זייענדיג אין צפת איז ער געווען דער רב פונעם צאנזער קלויז ,עס
איז דארט אויך געווען א כולל.
נאכן פטירה פון זיין טאטן ,האט ער גע'ירש'נט דעם פאסטן צו דינען
דארט אלס רב פון 'עדת עסטרייך אונגארן' ,די גאליציאנע אידן
זענען אויך געווען אנגעשלאסן צו דער קהילה .דארט אין ארץ
ישראל האט ער געלערנט שיעורים בקביעות אין 'תורת החן'
בחברותא מיט די בעלי מקובלים ווי הגה"ק ר' שלמה אליעזר
אליפאנדרי זצ"ל און נאך.
בידך אפקיד רוחי
דער זיידע הרה"ק רבי איציקל צפת'ער איז ליידער נסתלק געווארן
אין א יונגן עלטער פון בערך אכט און דרייסיג יאר .דאס איז
געווען בשעת ווען עס האט געבוזשעוועט אין ארץ ישראל אן
אונטערגאנג ,און ער איז לא עלינו געווארן אנגעשטעקט דערמיט.
שטייענדיג גאר נאנט צו יציאת נשמה ,ווען ער איז געלעגן אין זיין
בית המדרש ארומגענומען מיט א מנין אידן ארום דעם בעט ,האט
ער שוין נעבעך נישט געקענט רעדן ,נאר ער האט געוואונקען מיט די
האנט אז מען זאל אים ברענגען עפעס א ספר ,יעדער איז געלאפן
ברענגען אן אנדערן ספר .ביז איינער האט געברענגט א יום
כיפור'דיגע מחזור ,און ער האט אויפגעמישט צו" :כי הנה כחומר ביד
היוצר" ,און ער האט געוואונקען אז מען זאל אנהייבן זינגען ,און ער
האט צוגעפאטשט מיט די הענט ,און אזוי איז ער נסתלק געווארען
בקדושה ובטהרה אינעם טאג כ"ט תשרי תרע"ו לפ"ק ,און ער ליגט
אינעם אלטן בית החיים אין עיה"ק צפת .עס איז געווען א פלא ,אז
מען האט געטראפן א חלקה גאר נאנט צום ציון פונעם הייליגן בית
יוסף זי"ע.
מיין ברודער רבי שמואל חיים זצ"ל פלעגט פארן קיין ארץ ישראל כ
יעדעס יאר צו די יארצייט – עס איז דאך איין טאג גערוקט
פונעם יאסלא זיידנ'ס יארצייט ,האט ער דאך געהאט דעם זיידן אויך.
און אפילו אויף דער עלטער ווען עס איז אים נישט געווען לייכט צו
פארן ,האט ער געהאט עפעס א התקשרות צו דעם זיידן .מן הסתם
איז דאס די סיבה ,פארוואס ער האט געהייסן מען זאל אים פירן קיין
אמרי מנחם /בראשית
צפת ,און מען האט מיר געזאגט אז ער ליגט נישט ווייט פונעם זיידן
ר' איציקל זצ"ל.
מסירות נפש פאר כיבוד אם
בשעת ווען ער איז געווען קראנק און שוואך ,און ער האט זיך קוים
געקענט רירן .האט זיין מאמע (הזקינה הרבנית חנה ע"ה) נישט
געוואוסט אז ער איז נישט געזונט ,און דעריבער האט זי אים געבעטן
אראפצונעמען עפעס פונעם קאדענץ (הויכן שענקל) ,און ער האט זיך
נעבעך קוים ארויפגעדראפעט אויף די בענקלעך דאס אראפצונעמען,
אלעס ,כדי צו מקיים זיין מצות 'כיבוד אם'!
באוויזן די שבעה כוכבי לכת
רבי איציקל האט נישט געהאט קיין זון ,נאר פיר טעכטערו .ער איז
געווען א גרויסער בקי אין חכמת התכונה .איינמאל אין א נאכט,
האט ער ארויסגערופן זיינע טעכטער ,און ער האט זיי געוויזן די
שטערן ,און אנגעצייגט וואו די שבעה כוכבי לכת זענען .כדי זיי צו
ווייזן דעם "מה רבו מעשיך ה'".
אכט שעה ברציפות – לכל הפחות
איך האב אמאל באגעגנט אין ירושלים הרב רבי מרדכי שמערלער
ע"ה ,האט ער מיר פארציילט ,אז ער איז געווען איינע פון די
חברותות פונעם זיידן הרה"ק ר' איציקל .האט ער געזאגט" :מען האט
קיינמאל נישט געלערנט בחברותא ווייניגער ווי אכט שעה!".
דעם רבי'נס אויסדרוק אויף אים
הרב החסיד רבי עזריאל גליק ע"ה (משב"ק אצל רביה"ק מסאטמאר זי"ע)
האט מיך אמאל געפרעגט" :ווער איז דאס געווען דער רבי
איציקל צפת'ער?" .האב איך אים געפרעגט" :דהיינו?" .האט ער מיר
אכ ו הרבנית הצדיקת רחל מרים ע"ה ,נישאה בשנת תר"פ להרה"ק ר' יחזקאל שרגא
הלברשטאם זצ"ל אבד"ק דוקלא (בן הרה"ק ר' מנחם מענדל זצ"ל אבד"ק
פריסטיק – אבי הרה"ק מקאלאשיץ) .הרבנית הצדיקת המפורסמת הרבנית
דינה ע"ה מלאנצהוט ,אמו של רבינו זי"ע .הרבנית הצדיקת בילא ע"ה ,נישאה
ביום כ"א מנחם אב תרפ"ח להגה"צ ר' שבתי יצחק הערצאג זצ"ל אבד"ק
גודיבא ,בן הגה"צ ר' נפתלי צבי אבד"ק טשיטש בן הגה"צ ר' משה אבד"ק
טשיטש .הרבנית הצדיקת ריזשא ע"ה ,אשת הגה"צ ר' ניסן שטיינמעץ בן
הגה"צ ר' נחמן זצ"ל ממיהאלאוויץ.
אמרי מנחם /בראשית
געזאגט" :עס איז געווען א שמועס ביים רבי'ן אין שטוב איבער
צדיקים וואס האבן געוואוינט אין ארץ ישראל ,און איינע פון די
אנוועזנדע האט דערמאנט "ר' איציקל צפת'ער" ,האט זיך דער רבי
שטארק צוקאכט און געזאגט" :ער איז דאך געווען א צדיק אמת!".
ארץ ישראל נקנית ביסורים
נאך זיין פריצייטיגע הסתלקות ,איז זיין רביצין – די באבע מינדל
ע"ה מיט די פיר טעכטער צוריקגעפארן קיין גאליציע .אויפן
וועג איז מען דורכגעפארן די שטאט וויען ,און דארט איז די באבע
מינדל קראנק געווארן ל"ע און דערנאך נפטר געווארן יונגערהייט (זי
ליגט טאקע דארט אין בית החיים אין וויען) .דארט אין וויען איז געווען א איד
וועלכער איז דעמאלט געפארן קיין גאליציע ,האט ער מיטגענומען
מיט זיך די פיר קליינע יתומה'לעך (מיין מאמע – הרבנית דינה ע"ה – איז
דעמאלט אלט געווען צען יאר) קיין ווישניצא צום זיידן – הרה"ק רבי נפתלי
זצ"ל .ווען די פיר קליינע יתומות זענען אריינגעקומען צו אים
אינדערהיים ,האט זיך דער ווישניצער זיידע אנגערופן" :קומט
קינדערלעך לאמיר טאנצן!" ,און ער האט אנגעפאנגען צו טאנצן מיט
זיי ,כדי זיי משמח צו זיין.
*
הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל רובין זצ"ל מיאסלא
בן הרה"ק ר' אלימלך זצ"ל מסאקאלאוו
א' דר"ח חשון תרס"ט
דער יאסלא זיידע איז געווען א רעכטער אייניקל פונעם רבי'ן ר'
אשר'ל זצ"ל.
ער האט איבערגעלאזט דאס רבנות אין יאסלא כדי זוכה צו זיין
אנצוקומען קיין ארץ ישראל.
בכ
רוח הקודש הופיע בבית מדרשו
ער איז קודם געווען רב אין סאקאלאוו און דערנאך אין יאסלא .ווען
ער איז ארויף קיין ארץ ישראל האט ער געזאגט" :איך בין געווען
ניינצן יאר אין סאקאלאוו ,ניינצן יאר אין יאסלא ,און איך וועל זיין
אמרי מנחם /בראשית
ניינצן יאר אין ארץ ישראל" .וכן הוה ,ער איז נסתלק געווארען א'
דר"ח חשון תרס"ט לפ"ק.
ער ליגט אויפן בית החיים אין צפת זייער נאנט צום אר"י הק'.
*
הרה"ק רבי ישראל בהרה"ק ר' שלום שכנא זי"ע מרוזשין
ג' חשון תרי"א
'ישלח דברו וירפאם' " -מיר היילן מיטן 'מח'
דער שר שלום האט זיך אמאל געטראפן מיטן רוזשינער זצ"ל ,האט
דער רוזשינער געפרעגט" :בעלזער רב מיט וואס היילט איר?".
האט דער בעלזער רב געענטפערט" :מיט די האנט" .און ער צולייגט
דערצו א רמז ,אז 'ישלח דברו וירפאם' איז די ראשי תיבות' :ידו' .האט
דער רוזשינער געזאגט" :מיר היילן מיטן 'מוח'! און דער רמז דערצו
איז ,אז די סופי תיבות פון 'ישלח דברו וירפאם' איז 'מוח'.
קשה פרנסתו של אדם כקריעת ים סוף
דער רוזשינער זצ"ל האט אמאל געוואלט געבן צו פארשטיין ,ווי
שווער עס איז ממשיך צו זיין פרנסה – פאר אזא איינעם וועמען
עס איז באשערט עניות ל"ע ,האט ער דערציילט די מעשה:
אמאל איז געווען א רב אין א דערפל ,וואס האט געהאט צוויי
פראבלעמען ,איינס אז עס איז אים נישט געוואקסן קיין
בארד און ער האט אויסגעזען ווי א בחור'ל ,און צווייטנס ,אז ער איז
געווען א גרויסער ארימאן ל"ע און ער האט זיך נישט געקענט
ערלויבן צו קויפן א מכובד'יגע בעקיטשע ווי עס פאסט פאר א רב.
איז אמאל געקומען א אידענע מיט א שאלה ,און זי טרעפט אים
גכ אינדרויסן און פרעגט אים" :וואו וואוינט דער רב?" .ווייזט ער
איר אן אויף זיין הויז ,אז דארט וואוינט דער רב .און ער איז
אריינגעגאנגען פונעם אנדערן טיר ,און געפרעגט" :איר האט עפעס
א שאלה צו פרעגן?" .זאגט זי" :איר זענט דער רב?" .איז דער רב
געפאלן ביי זיך .ווען די אידענע איז
ַ געווארן זייער פארשעמט און
ארויסגעגאנגען פון שטוב ,האט זיך דער רב אויסגערעדט צום
אמרי מנחם /בראשית
אייבערשטן" :רבונו של עולם ,נישט קיין פרנסה און נישט קיין בארד?
אויב דו ווילסט מיר נישט געבן קיין בארד ,גיב מיר כאטש פרנסה!".
די תפלה האט געמאכט א רושם אין הימל און מען האט באשלאסן
אז מען וועט אים נאכגעבן איין בקשה .האט דער רוזשינער
אויסגעפירט" :מען האט אים געגעבן א שיינע בארד ,און נישט קיין
פרנסה."...
ווער איז דער 'אני' און ווער איז דער 'לפניך'
דער רוזשינער האט אמאל געזאגט" :ווען איך הייב זיך אויף
אינדערפרי און איך זאג "מודה אני לפניך" ,און איך דערמאן
זיך" :ווער איז דער 'אני' ,און ווער איז דער 'לפניך'?" – כאפט מיר ָאן
א ציטער!".
ימלא פי תהלתך
דער צאנזער רב איז אמאל געווען אין רוזשין ,און דער רוזשינער
האט געזאגט תורה .איידער דער צאנזער רב איז אהיימגעפארן
איז ער אריינגעגאנגען זיך געזעגענען ,האט דער צאנזער רב געזאגט:
"איך וויל בעטן דעם רבי'ן איבערצוזאגן די תורה נאכאמאל!" .האט
דער רוזשינער איבערגעזאגט די גאנצע תורה נאכאמאל ,און בשעת
מעשה האט דער צאנזער רב די גאנצע צייט געהאלטן ברייט אפן
דאס מויל!
הצנע לכת עם אלקיך
די רוזשינער קינדער פלעגן קיינמאל נישט דאווענען פארן עמוד.
האט דער אמרי נועם געזאגט" :איך בין מקנא די רוזשינער
קינדער ,פאר דעם וואס זיי דאווענען נישט פארן עמוד!".
דאס איז א חידוש ,אז דער אמרי נועם האט דאס געזאגט .ווייל די
דזשיקובער קינדער זענען דאך געווען געוואלדיגע בעלי
תפלות ,און דאך האט ער ליבערשט געוואלט 'נישט דאווענען פארן דכ
עמוד'.
מחמת יראת הרוממות האט ער נישט געקענט רירן די הענט
דער רוזשינער איז אמאל געשטאנען שמונה עשרה און עס האט
גענומען ווי א לענג .געווענליך האט מען געוואוסט בערך וואו
לאנג עס דויערט אים א שמונה עשרה ,אבער דאס מאל איז ער
אמרי מנחם /בראשית
געשטאנען און געשטאנען ,און עס האט נישט גענומען קיין עק .און
דער עולם האט נישט געוואוסט וואס צו טון דא .איז איינער פון די
קינדער צוגעגאנגען צום עמוד וואו דער רוזשינער איז געשטאנען
און איבערגעמישט דאס בלעטל פונעם סידור ,און דעמאלט האט
דער רוזשינער נישט לאנג מאריך געווען ,און געענדיגט די שמונה
עשרה.
האט מען געפרעגט פון דעם זון" :וואס איז דא געווען?" .האט ער
מסביר געווען" :דער טאטע דאווענט אלעמאל נאר פון
אינעווייניג אינעם סידור .און עס האט דעם טאטן אנגעכאפט א
'יראת הרוממות' אז ער האט נישט געקענט רירן די האנט פון פחד,
אבער ער דאווענט דאך נאר פון אינעווייניג – איז ער געבליבן אזוי
שטיין .ממילא ,ווי נאר איך האב איבערגעמישט דאס בלעטל ,האט
ער געקענט ווייטער דאווענען!".
זעט אויס ,אז איבערמישן א בלעטל קען מען נישט ,אבער ווייטער
דאווענען קען מען יא.
מסדר קידושין ביים ריזשינער זי"ע
נאך דער פטירה פונעם רבי'ן ר' הערש (מרימנוב) זצ"ל ,האט די רביצין
מלכה חתונה געהאט בזיוו"ש צום הייליגן ריזשינער זצ"ל .איז
דער רבי אלעזר לאנצהוטער זצ"ל געפארן אויף די חתונה .האט מען
אים מכבד געווען מיט סידור קידושין .פלעגט ער אלעמאל פארציילן,
אז בשעת'ן מאכן די ברכת אירוסין האבן אים זיך אלע אברים
געווארפן פון פחד ,טראכטנדיג פון וועלכן קדוש וטהור ער רעדט
דא ,אז ער זאגט אויף אים 'אשר אסר לנו את הארוסות'.
איין קרעפל – אזוי גרויס ווי צוויי
רבי מאיר'ל פרעמישלאנער זצ"ל האט אמאל געשיקט א שליח צום
רוזשינער זצ"ל מיט אזא שאלה" :היות אז עס קומט שוין
הכ
שבועות ,און מען דארף עסן קרעפלעך ,וויל איך וויסן וויפיל
קרעפלעך צו עסן ,איין קרעפל – איז צו ווייניג ,צוויי קרעפלעך -איז
דאך 'זוגות' ,און דריי – איז שוין צופיל" .האט דער רוזשינער
געענטפערט" :איין קרעפל ,אזוי גרויס ווי צוויי!".
ומי יבין בסוד קדושים...
אמרי מנחם /בראשית
*
הרה"ק ר' אליעזר בהרה"ק ר' נפתלי צבי זי"ע מדזיקוב
ג' חשון תרכ"א
תמים תהיה עם ה' אלקיך
רבי אליעזר'ל דזשיקובער זצ"ל איז אמאל אלס קינד געווען מיטן
טאטן דער ראפשיצער רב זצ"ל ביי רבי וועלוועלע זבאריזשער
זצ"ל .האט ער געהערט ווי רבי וועלוועלע זינגט זמירות כדרכו
בקודש מיט א מורא'דיגע תמימות" :קמץ ּב – ָ ּב ,מלאופום ר – ר ִ ּו,
לאנגע ך – ככּ ָ ,בר ּו ְך ,און אזוי האט ער געזינגען די זמירות .האט רבי
אליעזר'ל אנגעהויבן לאכן .האט רבי וועלוועלע זיך אנגערופן" :אזוי?
מען לאכט שוין פון מיר?!" .און ער האט צוגעמאכט דעם סידור .און
ער האט געהאט א שטיקל הקפדה אויף דאס קינד.
האט דער ראפשיצער רב דערלאנגט א ּפ ָאר פעטשלעך פאר רבי
אליעזר'ל .האט רבי וועלוועלע געזען אז דאס קינד האט
באקומען פעטש צוליב אים ,האט ער זיך געוואנדן צום קינד" :אוי,
צוליב מיר האסטו באקומען פעטש? זיי מיר מוחל!" .האט דער
ראפשיצער רב מיט זיין חכמה געוואונקען פאר רבי אליעזר'ל ,אז ער
זאל זיך עקשנ'ען" :איך בין נישט מוחל דעם רבי'ן ,נאר טאמער דער
רבי וועט מיר געבן א ברכה!" .און אזוי האט ער זיך טאקע גע'עקשנ'ט,
ביז דער רבי וועלוועלע האט אים אנגעוואונטשן ,און דורכדעם איז
ער ניצול געווארן פון דער הקפדה.
די מלאכים האבן צוגעפאטשט צום 'אין קצבה'...
דער זיידע רבי חיים ראובן ז"ל האט דערציילט אז דער הייליגער רבי
אליעזר'ל דזיקוב'ער זי"ע איז אמאל זייער קראנק געווארן לא
עלינו ,און ער האט זיך מזכיר געווען פארן צאנזער רב זי"ע ,אז ער
זאל אים אויס'פועל'ן א רפואה .האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: וכ
"מחותן ,וואס וועט אייך דען פעלן אויפן עולם האמת?" .האט ער
געענטפערט" :איך האב נאך קינדער" .האט אים דער צאנזער רב
געזאגט" :דעם מחותן'ס קינדער ,וואו זיי וועלן קומען – וועט מען זיי
מקרב זיין ."...און אזוי האט דער ר' אליעזר'ל גע'טענה'ט פארשידענע
טענות ,אבער דער צאנזער רב האט זיך געהאלטן ביי זיינס ,אז ער
אמרי מנחם /בראשית
האט זיך נישט וואס צו זארגן .צום סוף האט זיך דער דזיקוב'ער רב
אנגערופן" :ווען איך טאנץ 'אין קצבה' שטייען די מלאכים און פאטשן
צו" .ווי נאר ער האט דאס געזאגט ,האט זיך דער צאנזער רב
אנגערופן" :דאס איז א שאד! דאס איז א שאד!" .און ער האט געהייסן,
אז מען זאל אים אנווארעמען א מקוה ,און ער איז געגאנגען אין
מקוה און גע'פועל'ט א ישועה ,און רבי אליעזר'ל איז געזונט געווארן.
געברענגט דעם צאנזער רב קיין ראפשיץ
דער צאנזער רב איז געווען א יליד טארניגראד .דאס איז א שטאט
נישט ווייט פון עק גאליציע .און דארט איז נישט ווייט פון פוילן.
ממילא ,איז אין טארניגראד געווען אסאך קאצקער חסידים.
איז געווען דארט א גרויסער קאצקער חסיד מיטן נאמען ר' יהושע,
און ער האט געזען אזא אינגערמאן ווי דער צאנזער רב ,האט ער
אים געוואלט אהינשלעפן קיין קאצק .פונקט דעמאלט איז געווען
דארט רבי אליעזר'ל דזשיקובער זצ"ל ,האט ער געזען דעם
אינגערמאן – האט ער אים געגעבן א כאפ ָאן און געפירט צום טאטן
דער ראפשיצער רב .האט דער צאנזער רב געזאגט אויף רבי אליעזר'ל
דזשיקובער" :איך בין אים אלעמאל מכיר טובה דערפאר".
אחר כונת הלב הן הן הדברים
דער רבי אליעזר'ל דזשיקוב'ער איז געווען א מורא'דיגער בעל מנגן
און בעל תפלה .האט אים דער פאטער אמאל געפרעגט:
"אליעזר'ל ,וואס האסטו אינזין ווען דו דאווענסט פארן עמוד?" .האט
ער געענטפערט" :איך האב אינזין אז איך וויל מעורר זיין אידן!".
האט דער ראפשיצער רב געזאגט" :ניין ,דאס דארף נישט זיין די כונה,
דו דארפסט נאר דאווענען פארן אייבערשטן ,און אז דו וועסט
דאווענען ערליך – וועלן שוין די אידן אליינס נתעורר ווערן ,אבער
דיין כונה דארף זיין צו דאווענען פארן אייבערשטן!".
זכ
ווי קומען זיי צו מיין מח...
דער רבי ר' אליעזר'ל דזשיקוב'ער זצ"ל האט זיך אמאל אויסגערעדט
פארן צאנזער רב זצ"ל" :צאנזער רב ,ווען איך זאג תורה ,האט
זיך מיין מאיר'ל (האמרי נועם) אינזין :איך קען בעסער ...און מיין
אמרי מנחם /בראשית
משה'לע (הרה"ק מראזאדאוו) קלאפט זיך אזוי אפ די בעקיטשע (ווי איינער
זאגט :איך האב שוין געהערט אזוינס.")...
האט אים דער צאנזער רב געפרעגט" :מחותן ,און אפשר טאקע?".
האט דער רבי ר' אליעזר'ל געענטפערט" :עה ,ווי קומען זיי צו
מיין מח?".
די מעשה האב איך געהערט פון רבי יאנקעלע זצ"ל ,וואס ער האט
עס געהערט פונעם סטוטשינער רב זצ"ל .און רבי יאנקעלע האט
אויסגעפירט" :אינ'אמת'ן פארשטיי איך נישט די מעשה ,ווייל דער
אמרי נועם איז דאך געווען ידוע פאר א גאון עולם ,און דער רבי ר'
אליעזר'ל איז נישט געווען אזוי ידוע .אבער וויבאלד איך האב דאס
געהערט פון סטוטשינער רב ,בין איך עס מקבל".
4
צו הערן די
דברי כיבושין והתחזקות
רופט 718-400-7790
חכ
להערות והארות:
845.459.5954
zy
לקבלת הקונטרס מדי שבוע:
mechonshinova@gmail.com
