gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — בראשית (2026-10-05)

מוציא לאור: דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish

שבוע: בראשית (2026-10-05)

דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — בראשית (2026-10-05)

פתח את ה-PDF הורדה

‫בעזהשי"ת‬ ‫דברי חיזוק‬ ‫פרשת בראשית‬ ‫רביה"ק מסאטמאר ‪ -‬דיין נשמה מיט צו שפירן א טעם אין תורה‪ ,‬און זוכה‬ ‫זיין צו יראת שמים! [עמוד יד]‬ ‫דיין גוף זענען געווען ביי קבלת‬ ‫זרע קודש ‪ -‬דער אויבערשטער וועט‬ ‫התורה! [עמוד ג]‬ ‫נר ישראל ‪ -‬אז דו וועסט זיך האלטן דיר באלייכטן אפילו אין די‬ ‫נידריגסטע מצבים!! [עמוד טז]‬ ‫נידריג וועסטו זוכה זיין צו הויכע‬ ‫אורח לחיים ‪ -‬נאר דורך דעם יצר‬ ‫מדריגות! [עמוד ה]‬ ‫ישמח ישראל ‪ -‬דורך יעדע מצוה הרע קען מען דינען דעם אויבערשטן‬ ‫מיט התלהבות! [עמוד יח]‬ ‫ווערסטו פארבינדן צום אויבערשטן‬ ‫אורח לחיים ‪ -‬דו האסט באקומען‬ ‫מיט א טיפער קשר! [עמוד ו]‬ ‫אור פני משה ‪ -‬אז דו וועסט זיין אן גענוי אזא סארט יצר הרע וואס דו‬ ‫קענסט אים בייקומען! [עמוד כ]‬ ‫עניו וועסטו זוכה זיין צו תשובה און‬ ‫חידושי הרי"ם ‪ -‬נאכן נכשל ווערן‬ ‫צו מחילת עוונות! [עמוד ט]‬ ‫חת"ם סופר ‪ -‬דאווענען 'ותיקין' – א איינמאל‪ ,‬איז שוין פיל שווערער!‬ ‫[עמוד כא]‬ ‫בחינה פון די גאולה [עמוד יא]‬ ‫חידושי הרי"ם ‪ -‬די גאנצע בריאה איז ליקוטי הלכות ‪ -‬דיין עצה איז צו‬ ‫אנגעהאנגען אין דיינע מעשים! שרייען‪" :‬געוואלד! איך וויל נישט‬ ‫עסן ווי א בהמה!" [עמוד כב]‬ ‫[עמוד יב]‬ ‫דברי ישראל ‪ -‬וויאזוי קען מען באמת אך פרי תבואה ‪ -‬נאר א ירא שמים‬ ‫האט אמת'ע חן [עמוד כה]‬ ‫גלייבן אז אלעס איז לטובה?‬ ‫זרע קודש ‪ -‬שבת איז משפיע קדושה‬ ‫[עמוד יג]‬ ‫אויף אלע וואכנטעג! [עמוד כו]‬ ‫פרי צדיק ‪ -‬שבת קודש – דער צייט‬ ‫צו זיך איינשרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון‬ ‫רופט ‪ /‬טעקסט ‪ /‬אימייל צו מכון דברי חיזוק אויף ‪845-886-0123‬‬ ‫ווי אויך פאר סיי ווספארא באמעקונגען קענט איר לאזן א מעסידזש אויפן‬ ‫סיסטעם אדער שיקן א אימייל צו‬ ‫‪dc8458860123@gmail.com‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫לזכר ולעילוי נשמת נפש נקי וצדיק ספרא רבא מעתיק ומלבן הקונטרסים‬ ‫הרב ר' יוסף זצ"ל ב"ר אברהם שמואל יהודא שליט"א‬ ‫ת‪.‬נ‪.‬צ‪.‬ב‪.‬ה‪.‬‬ ‫‪-‬א‪-‬‬ ‫דיין נשמה מיט דיין גוף זענען געווען ביי קבלת התורה!‬ ‫ּולְ כֹל ַה ָּ ּיד ַה ֲחזָּ ָּקה ּולְ כֹל ַה ּמוֹ ָּרא ַה ָּ ּגדוֹ ל ֲא ֶׁשר ָּע ָּשה מ ֶֹׁשה ְל ֵעינֵ י ׇּּכל יִ ְש ָּר ֵאל‬ ‫אשית ָּּב ָּרא ֱאל ֹ ִקים ֵאת ַה ּ ָּש ַמיִ ם ְו ֵאת ָּה ָּא ֶׁרץ (דברים לד‪ ,‬יב – בראשית א‪ ,‬א)‬ ‫ְּב ֵר ִ‬ ‫די תורה ענדיגט זיך‪[ :‬קיינער איז נישט געווען אזויווי משה רבינו] לגבי די שטארקע‬ ‫האנט‪ ,‬און די גרויסע פארכט וואס משה האט באוויזן קעגן די אויגן פון אלע אידן [אז ער‬ ‫האט מקבל געווען די תורה מיט זיינע הענט‪ ,‬און באוויזן וואונדערליכע זאכן אין מדבר]‪.‬‬ ‫די תורה הייבט זיך אן‪ :‬אין אנהויב האט דער אויבערשטער באשאפן די הימל און די ערד‬ ‫מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ערקלערט דעם שייכות פון סוף תורה צו אנהויב תורה‪.‬‬ ‫ווייל ס'איז באקאנט וואס די ראשונים – צווישן זיי דער הייליגער רמב"ן – שרייבן‪ ,‬אז‬ ‫אין דעם ערשטן טאג פון די וועלט‪-‬באשאף האט דער אויבערשטער באשאפן‪ ,‬דעם‬ ‫פנימיות'דיגן כח פון אלע באשעפענישן‪ ,‬וואס דאס איז א דקות'דיגער אומזעבארער‬ ‫מציאות‪ ,‬וואס האט נישט קיין שום ממשות [דאס ווערט אנגערופן ביי די פארשער‬ ‫מיטן נאמען 'כח היולי'‪ ,‬און די מקובלים רופן דאס מיט אן אנדערן נאמען]‪ ,‬און פון אט‬ ‫דעם כח האט דער אויבערשטער ארויסגעברענגט אלע באשעפענישן 'מכח אל‬ ‫הפועל'‪ ,‬יעדע איינע אין זיין צייט‪ ,‬אבער דער 'שורש' פון אלע באשעפענישן און‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫אביעקטן פון דער וועלט עד סוף כל הדורות איז שוין באשאפן געווארן אין דעם‬ ‫ערשטן טאג‪.‬‬ ‫אשית" ‪ -‬דער 'ראשית'‪ ,‬דער אנהויב‬ ‫"ב ֵר ִ‬ ‫מיט דעם ערקלערן די ראשונים דעם פסוק‪ְּ :‬‬ ‫"ב ָּרא ֱאלֹ ִקים ֵאת ַה ּ ָּש ַמיִ ם ְו ֵאת‬ ‫און דער שורש פון יעדן באשעפעניש פון דער וועלט‪ָּּ ,‬‬ ‫ָּה ָּא ֶׁרץ" ‪ -‬האט דער אויבערשטער באשאפן גלייך ווען ער האט באשאפן די הימל און‬ ‫די ערד‪ ,‬דעם ערשטן טאג‪ ,‬ווייל דאן האט ער אויך באשאפן דער שורש און דעם יסוד‬ ‫פון אלע באשעפענישן‪.‬‬ ‫לויט דעם איז פארשטענדליך דער שייכות פון סוף תורה צו אנהויב תורה‪ּ " :‬ולְ כֹל ַה ָּ ּיד‬ ‫ַה ֲחזָּ ָּקה ּולְ כֹל ַה ּמוֹ ָּרא ַה ָּ ּגדוֹ ל ֲא ֶׁשר ָּע ָּשה מ ֶֹׁשה לְ ֵעינֵ י ׇּּכל יִ ְש ָּר ֵאל"‪ ,‬דאס גייט ארויף‬ ‫אויף קבלת התורה וואס איז געווען פאר די אויגן פון גאנץ כלל ישראל‪ ,‬און חז"ל זאגן‬ ‫(שמות רבה‪ ,‬כח‪ ,‬ד)‪ ,‬אז אלע נשמות פון כלל ישראל עד סוף כל הדורות זענען געווען‬ ‫ביים בארג סיני‪ ,‬און מקבל געווען די תורה‪ ,‬און דער הייליגער של"ה הקדוש לייגט צו‬ ‫(עשרה מאמרות‪ ,‬מאמר ב)‪ ,‬אז אויך די 'גופים' זענען דארט געווען‪ ,‬ווייל דער‬ ‫אויבערשטער האט גענומען די פנימיות פון אלע אידישע גופים וואס וועלן געבוירן‬ ‫ווערן עד סופף כל הדורות‪ ,‬און ער האט זיי געשטעלט ביים בארג סיני‪ ,‬בשעת קבלת‬ ‫התורה‪ ,‬דאס איז מרומז אין די ווערטער פון דעם פסוק "לעיני כל ישראל"‪.‬‬ ‫און לכאורה דארף מען פארשטיין‪ ,‬וויאזוי איז מעגליך‪ ,‬אז די גופים וואס האבן‬ ‫נאכנישט עקזיסטירט זאלן שטיין ביים בארג סיני? און כאטש וואס דער אויבערשטער‬ ‫איז א כול יכול‪ ,‬ער קען אלעס‪ ,‬פארט איז נישט מסתבר‪ ,‬אז ער ער זאל שטעלן ביים‬ ‫בארג סיני א מציאות וואס איז נאכנישט געווען אויף דער וועלט וואס? דערויף זאגט‬ ‫אשית ָּּב ָּרא ֱאלֹ ִקים ֵאת ַה ּ ָּש ַמיִ ם ְו ֵאת ָּה ָּא ֶׁרץ"‪ ,‬אז דער אנהויב פון‬ ‫"ב ֵר ִ‬ ‫דער פסוק‪ְּ :‬‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫אלע באשעפענישן האט שוין דער אויבערשטער באשאפן דעם ערשטן טאג‪ ,‬ביים‬ ‫אנהויב פון די וועלט‪-‬באשאף‪ ,‬אויב אזוי קומט אויס‪ ,‬אז ס'איז שוין געווען אויף דער‬ ‫וועלט דער יסוד און דער שורש פון אלע באשעפענישן‪ ,‬דעריבער האבן זיי געקענט‬ ‫זיין ביי מתן תורהא‪.‬‬ ‫‪-‬ב‪-‬‬ ‫אז דו וועסט זיך האלטן נידריג וועסטו זוכה זיין צו הויכע מדריגות!‬ ‫אשית (דברים לד‪ ,‬יב – בראשית א‪ ,‬א)‬ ‫לְ ֵעינֵ י ׇּּכל יִ ְש ָּר ֵאל ְּב ֵר ִ‬ ‫הרה"ק רבי לוי יצחק פון אוז'יערנא זי"ע (אן אייניקל פונעם הייליגן ריזשינער זי"ע)‬ ‫ערקלערט דער שייכות פון סוף תורה און אנהויב תורה‪ .‬די לעצטע ווארט פון די תורה‬ ‫א חידושי תורה (תשכ"ב)‪ :‬אך הנה ראוי להתבונן איך עשה ה' ככה להעמיד במעמד הנבחר‬ ‫את כל הגופים עד סוף כל הדורות דבר שלא הי' עדיין במציאות אז הגם שהבוכ"ע הוא כל‬ ‫יכול והיפלא מה' דבר עכ"ז לא מסתבר שיעמיד הקב"ה דבר שלא בא לעולם בקבלת התורה‬ ‫ובמעמד הנבחר אך ידוע מה שכתבו הקדמונים ובכללם הרמב"ן ז"ל בריש פרשתינו כי הקב"ה‬ ‫ברא ביום הראשון כח כל הנבראים שבעולם שהוא יסוד דק מאד אין בו ממש ונקרא בלשונם‬ ‫כח היולי וחכמי האמת קוראים לו שם אחר ומכח הזה המציא הקב"ה את הכל בזמנו והוציאו‬ ‫מכח אל הפועל אבל שורש הדבר מכל הנבראים שבעולם עד סוף כל הדורות הכל נברא‬ ‫ביום ראשון ובזה פירשו את הפסוק בראשית ברא וגו' פי' את הראשית מכל נברא שבעולם‬ ‫ברא אלקים את השמים ואת הארץ כלומר כשברא השי"ת את השמים וארץ ביום ראשון‬ ‫ברא גם את הראשית והיסוד של כל הנבראים בעולם עד סוף כל הדורות ובזה יובן סמיכות‬ ‫סוף התורה לתחלתה לכל היד החזקה אשר עשה משה לעיני כל ישראל כלומר עד סוף כל‬ ‫הדורות כנ"ל ואם תאמר איך יתכן זה אם לא היו עדיין בעולם כלל לז"א בראשית ברא וגו'‬ ‫שהראשית מכל הנבראים ברא הקב"ה ביום ראשון בתחלת הבריאה ונמצא שהי' כבר בעולם‬ ‫יסוד ושורש כל הנבראים ושפיר יכלו להיות במעמד הנבחר‪.‬‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫איז 'ישראל'‪ ,‬דאס איז מרמז אז ווען א איד שפירט זיך נידריג‪ ,‬ער האלט אז ער איז ווי‬ ‫דער לעצטער‪ ,‬דאן קען ער זוכה זיין צו די מדריגה פון 'ראש'‪ ,‬צו זיין די ערשטע און די‬ ‫אנהייב‪ ,‬וואס דאס איז מרומז אין דעם ווארט 'ישראל'‪ ,‬וואס איז צוזאמגעשטעלט פון‬ ‫די ווערטער 'לי ראש'‪ ,‬און דעריבער הייבט זיך די תורה אן מיט דעם ווארט‬ ‫"בראשית"‪ ,‬וואס איז צוזאמגעשטעלט פון די ווערטער 'בית ראש'‪ ,‬ווייל אויב די‬ ‫לעצטע ווארט איז 'ישראל' [אז דער איד האלט זיך צום לעצט] דאן איז ער זוכה צו‬ ‫זיין א 'ראש'ב‪.‬‬ ‫‪-‬ג‪-‬‬ ‫דורך יעדע מצוה ווערסטו פארבינדן צום אויבערשטן מיט א טיפער קשר!‬ ‫אשית ָּּב ָּרא ֱאל ֹ ִקים ֵאת ַה ּ ָּש ַמיִ ם ְו ֵאת ָּה ָּא ֶׁרץ (א‪ ,‬א)‬ ‫ְּב ֵר ִ‬ ‫אין אנהויב האט דער אויבערשטער באשאפן די הימל און די ערד‬ ‫רש"י ברענגט‪ ,‬אז באמת וואלט די תורה זיך געדארפט אנהויבן פון די מצוה פון‬ ‫'החודש הזה לכם' [אז בית דין זאל מקדש זיין די חודש] וואס דאס איז די ערשטע‬ ‫מצוה וואס אידן זענען באפוילן געווארן‪ ,‬נאר צוליב א סיבה האט דער‬ ‫אויבערשטער אנגעהויבן מיט 'בראשית'‪.‬‬ ‫ב נר ישראל‪ :‬עוד יש לרמז בהתחלת וסיום התורה‪ .‬התיבה האחרונה היא ישראל להורות‬ ‫דכשהאדם הישראלי נמוך מכל ומרגיש עצמו להאחרון יכול לזכות לבחי' ראש הרמוז בתיבת‬ ‫ישראל אותיות לי ראש ולכן מתחלת התורה בתיבת בראשית שהיא אותיות בית ראש ע"ד‬ ‫מאה"כ אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה‪.‬‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫דער הייליגער ישמח ישראל זי"ע ברענגט די קושיא וואס די וועלט פרעגט‪ ,‬אז‬ ‫לכאורה זענען דאך דא עטליכע מצוות וואס זענען בעפאר די מצוה פון 'החודש‬ ‫הזה לכם'‪ ,‬אזויווי מילה און גיד הנשה‪ ,‬אויב אזוי פארוואס זאגט רש"י‪ ,‬אז מען‬ ‫וואלט געדארפט אנהייבן מיט די מצוה פון 'החודש הזה לכם'?‬ ‫נאר ס'איז באקאנט‪ ,‬אז די אויסדרוק 'מצוה' איז א לשון פון 'באהעפטן' [אזויווי‬ ‫'צוותא']‪ ,‬ווייל דורך יעדע מצוה וואס א מענטש טוט‪ ,‬ווערט ער באהאפטן צו די‬ ‫קדושה‪ ,‬און זיין נשמה ווערט אנגעבינדן אין דעם ענדלאזן ליכטיגקייט פונעם‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬און ער איז זוכה צו א געוואלדיגע השגה‪ ,‬צו אנערקענען אז דער‬ ‫אויבערשטער איז איינציג‪ ,‬און ער האט אלעס באשאפן און ער פירט אלעס און‬ ‫טוט אלעס און מאכט אלעס‪ ,‬און ס'איז נישטא קיין פלאץ וואס איז ליידיג פון אים‪.‬‬ ‫דער מדרש זאגט (שמות רבה טו‪ ,‬ג)‪ ,‬אז די מלאכים האבן געפרעגט פונעם‬ ‫אויבערשטן‪" :‬ווען וועסטו מאכן די ימים טובים?" האט דער אויבערשטער‬ ‫געענטפערט‪" :‬איך און אייך וועלן מסכים זיין מיט וואס כלל ישראל באשליסן"‪,‬‬ ‫ווייל לויט ווען בית דין איז מקדש דעם חודש‪ ,‬לויט דעם ווערן באשטימט די צייט‬ ‫פון די ימים טובים‪.‬‬ ‫דאס מיינט‪ ,‬אז דער אויבערשטער האט ארויסגעוויזן ביי די מצוה‪ ,‬די טייערקייט‬ ‫און די חשיבות פון כלל ישראל‪ ,‬און די געוואלדיגע אהבה‪ ,‬און אויסטערלישע‬ ‫ליבשאפט וואס ער האט צו זיין אויסדערוועלטן פאלק – כלל ישראל‪ ,‬עד כדי כך‪,‬‬ ‫אז ער האט געזאגט פאר די פמליא של מעלה‪ ,‬אז מיר אלע וועלן גיין צום בית‬ ‫דין פון די אידן‪ ,‬און אננעמען וואס זיי זאגן‪.‬‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫דעריבער זאגט רש"י‪ ,‬אז די תורה וואלט געדארפט אנהייבן פון 'החודש הזה לכם'‪,‬‬ ‫ווייל דורך די מצוה איז ארויסגעקומען די אויסטערלישע אהבה און די געוואלדיגע‬ ‫קשר וואס אידן האבן צום אויבערשטן‪ ,‬וואס דאס איז דאך באמת דער ציל פון‬ ‫אלע מצוות – זיך צו באהעפטן צום אויבערשטן‪ ,‬דעריבער ווערט דאס אנגערופן‬ ‫'די ערשטע מצוה'ג‪.‬‬ ‫ג ישמח ישראל (ג)‪ :‬א"ר יצחק לא היה צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה‬ ‫לכם שהוא מצוה ראשונה שנצטוו ישראל‪ ,‬ומ"ט פתח בבראשית משום כח מעשיו‬ ‫הגיד לעמו וגו' שאם יאמרו לסטים אתם שכבשתם ארץ ז' עממין הם אומרים להם‬ ‫כל הארץ של הקב"ה הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו‪ ,‬ברצונו נתנה להם וברצונו‬ ‫נטלה מהם ונתנה לנו‪ .‬לבאר דברי רש"י ז"ל וגם קושיית העולם שהרי מילה וגיד‬ ‫הנשה נצטוו מקודם‪ ,‬י"ל דנודע שמצוה הוא מלשון צוותא והתחברות והיינו בעשותו‬ ‫מצות ה' גורמות התחברות והתדבקות האדם אל הקדושה ולקשר נפשו באור א"ס‬ ‫ב"ה וזוכה עוד לתכלית ידיעה האמיתית לדעת את ה' כי אין עוד מלבדו והוא‬ ‫הממציא כל הנמצאים ומהוה כל הוויות ומסבב כל הסיבות ולית אתר פנוי מיני'‪,‬‬ ‫וחז"ל (בש"ר טו‪ ,‬ג)‪ ,‬אמרו מלאכי השרת לפני הקב"ה רבון העולמים אימתי אתה עושה‬ ‫את המועדות א"ל אני ואתם נסכים על מה שישראל גומרין ומעברין את השנה היינו‬ ‫שהראה הקב"ה במצוה זו רוב גדולת יקרת רוממות ישראל והאהבה רבה ועזה והחיבה‬ ‫יתירה לזרע ישראל עם סגולתו עד שאמר לפמליא של מעלה אני ואתם נלך לב"ד‬ ‫של מטה וזה שכתב רש"י ז"ל שצריך להתחיל את התורה מהחודש הזה לכם שהיא‬ ‫מצוה ראשונה היינו שבמצוה זו נתפרסם יקרת האהבה והתחברות והתקשרות ישראל‬ ‫באור פני מלך חיים ביותר מכל מצות ה' וכהנ"ל ומ"ט פתח בבראשית משום כח‬ ‫מעשיו הגיד לעמו‪.‬‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪-‬ד‪-‬‬ ‫אז דו וועסט זיין אן עניו וועסטו זוכה זיין צו תשובה און צו מחילת עוונות!‬ ‫ֹאמר ֱאל ֹ ִקים נַ ֲע ֶׁשה ָּא ָּדם ְּב ַצ ְל ֵמנ ּו ִּכ ְדמ ּו ֵתנ ּו ְויִ ְרדּ ּו ִב ְדגַ ת ַה ָּ ּים ּו ְבעוֹ ף‬ ‫וַ ּי ֶׁ‬ ‫ַה ּ ָּש ַמיִ ם ּו ַב ְּב ֵה ָּמה ּו ְב ׇּכל ָּה ָּא ֶׁרץ ּו ְב ׇּכל ָּה ֶׁר ֶׁמש ָּהר ֵֹמש ַעל ָּה ָּא ֶׁרץ (א‪ ,‬כו)‬ ‫און דער אויבערשטער האט געזאגט [פאר די מלאכים]‪ :‬לאמיר מאכן א‬ ‫מענטש אזויווי אונזער געשטאלט‪ ,‬און זיי זאלן געוועלטיגן אויף די פיש‪ ,‬אויף‬ ‫די פייגלעך‪ ,‬אויף די בהמות‪ ,‬אויף די גאנצע ערד‪ ,‬און אויף אלע קריכעדיגע‬ ‫רש"י ברענגט‪ ,‬אז דער טעם פארוואס דער אויבערשטער האט זיך אויסגעדרוקט מיט‬ ‫א לשון רבים 'נעשה' [מיר וועלן מאכן] און נישט א לשון יחיד 'אעשה' [איך וועל‬ ‫מאכן]‪ ,‬וויבאלד ער האט זיך דורכגערעדט מיט די מלאכים צי ער זאל באשאפן דעם‬ ‫מענטש‪ ,‬און ער האט דאס געטון מיטן ציל כדי אונז צו לערנען די מידה פון ענוה‪ ,‬אז‬ ‫אפילו א גרויסער זאל זיך דורכרעדן מיט א קלענערן‪.‬‬ ‫דער הייליגער אור פני משה פון פשעווארסק זי"ע שרייבט‪ :‬דער אלשיך הק' פרעגט‪,‬‬ ‫אז ס'קוקט אויס פון דעם פסוק‪ ,‬אז דער תכלית פארוואס דער אויבערשטער האט‬ ‫געוואלט באשאפן דעם מענטש איז געווען‪ ,‬כדי ער זאל קענען געוועלטיגן אויף די‬ ‫חיות און בהמות‪ ,‬און ס'קען דאך נישט זיין אז דאס איז דער תכלית פונעם מענטש?‬ ‫נאר די טיפע כוונה פון דעם פסוק איז‪ ,‬אז די ווערטער "נעשה אדם" קומען צו לערנען‬ ‫די מידה פון ענוה‪ ,‬אזויווי רש"י זאגט‪ .‬און דעריבער איז דער פסוק ממשיך צו ערקלערן‪,‬‬ ‫פארוואס איז געווען אזוי וויכטיג פארן אויבערשטן צו מרמז זיין די מידה פון ענוה‪,‬‬ ‫נאך פאר דער מענטש איז באשאפן געווארן‪ ,‬דעריבער זאגט דער פסוק "וירדו בדגת‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫הים" וכו' ‪ ,‬אז דער מענטש וועט געוועלטיגן אויף אלע באשעפענישן‪ ,‬ווייל ער איז‬ ‫דער חשוב'סטער פון די גאנצע בריאה‪ ,‬דעריבער וועט זיך א מענטש קענען‬ ‫צוגעוואוינען צו געוועלטיגן אויך אויף אנדערע מענטשן‪ ,‬און זיך גרויסהאלטן איבער‬ ‫זיי‪ ,‬וואס דאס איז גאר א שלעכטע מידה‪ ,‬דעריבער האט דער אויבערשטער געדארפט‬ ‫מרמז זיין די מידה פון ענוה‪ ,‬נאך פאר ער האט באשאפן דעם מענטש‪ ,‬כדי דער‬ ‫מענטש זאל געדענקען אלעמאל זיך אנצוהאלטן אין די הייליגע מידה פון ענוה‪.‬‬ ‫"כי ָּע ָּפר‬ ‫דער ענין פון ענוה איז אויך מרומז אין דעם המשך פון דער פרשה (ג‪ ,‬יט)‪ִּ :‬‬ ‫ַא ָּּתה וְ ֶׁאל ָּע ָּפר ָּּתש ּוב" [ווייל דו קומסט פון דער ערד‪ ,‬און דו וועסט צוריקגיין צו דער‬ ‫ערד]‪ ,‬ווייל דער אמת איז‪ ,‬אז א מענטש דארף זיך האלטן גאר קליין‪ ,‬ווייל ער קומט‬ ‫דאך פון דער ערד‪ ,‬אבער דער מענטש פארגעסט דערפון און ער פאלט אריין אין‬ ‫גאוה‪ ,‬און דער פסוק זאגט‪" :‬ואל עפר" – אויב וועסטו געדענקען אז דו קומסט פון‬ ‫דער ערד‪ ,‬און דו וועסט זיין אן עניו‪ ,‬דאן "תשוב" – וועסטו זוכה זיין זיך אומצוקערן‬ ‫צום אויבערשטן‪ ,‬און תשובה טון אויף אלע דיינע עבירות‪ ,‬און דער אויבערשטער‬ ‫וועט דיר מוחל זיין אויף אלעסד‪.‬‬ ‫ד אור פני משה (ריש פר' בראשית)‪ :‬איתא במ"ר שבשביל זה אמר הש"י נעשה אדם לשון רבים‬ ‫בכדי להורות ענוה כו'‪ .‬ורמ"א זללה"ה מקשה וכי היה צריך לברא את האדם אל תכלית הזה‬ ‫וירדו בדגת הים כו' עי' בנועם שיח דברי קדשו‪ .‬ואפשר י"ל עפ"י ידוע שכל המדות אין באים‬ ‫בטבע לאדם כי אם אחר הרגלו מן הקל אל החמור כנודע‪ ,‬ואפשר ז"א הכתוב ויאמר אלהים‬ ‫נעשה אדם קשה קושיות מ"ר וצ"ל תירוצו להורות ענוה ובא הכתוב ופירש מפני מה היה‬ ‫צריך לזה להורות ענוה תיכף מאז ברא את האדם לז"א הלא וירדו בני אדם בדגת הים מפני‬ ‫שיש להם יתרון עליהם ומדאגה מדבר פן ירגילו עצמם לרדות ולהשתרר וישתרר גם איש‬ ‫ברעהו וכתיב תועבת ה' כל גבה לב לכך רמז טרם הבראו מדות ענוה דוק היטב‪ ...‬ואפשר‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪-‬ה‪-‬‬ ‫דאווענען 'ותיקין' – א בחינה פון די גאולה‬ ‫וַ ִ ּי ְב ָּרא ֱאל ֹ ִהים ֶׁאת ָּה ָּא ָּדם (א‪ ,‬כז)‬ ‫און דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטש‬ ‫דער הייליגער חת"ם סופר זי"ע שרייבט‪ :‬דער רמב"ן זאגט (בראשית ב‪ ,‬ג)‪ ,‬אז די‬ ‫זעקס טעג פון ששת ימי בראשית זענעען מרמז אויף די זעקס טויזנט יאר וואס די‬ ‫וועלט שטייט‪ ,‬און דער זעקסטער טאג – פרייטאג‪ ,‬איז מרמז אויף דעם 'אלף השישי'‪,‬‬ ‫און אדם הראשון איז דאן באשאפן געווארן ביי דער צייט פונעם 'נץ החמה'‪ ,‬דאס‬ ‫איז מרמז אויף משיח‪ ,‬וואס ווען ער וועט קומען‪ ,‬וועט ווערן פאררעכנט ווי די זון‬ ‫שיינט אויף‪ ,‬און דאן וועלן מיר ווערן אויסגעלייזט‪.‬‬ ‫לויט דעם פארשטייט מען אביסל די געוואלדיגע חשיבות פון דאווענען ווי די‬ ‫'ותיקין'‪ ,‬ביי די רגע פונעם נץ החמה‪ ,‬ווייל דער 'נץ' איז מרמז אויף דער צייט פון די‬ ‫גאולהה‪.‬‬ ‫זה אמר כי עפר אתה רק האדם שוכח זאת ומתגאה אמנם ואל עפר אם תדמה עצמך לעפר‬ ‫אז תשוב מכל עון אשר חטאת ואמחול לך ומתורץ כי לכאורה היל"ל כי עפר אתה ואליה‬ ‫תשוב ודוק‪.‬‬ ‫ה חת"ם סופר (על התורה‪ ,‬עמ' ו)‪ :‬עיי' רמב"ן (ב ג) שכ' יום השישי רומז לאלף השישי שלזמן נץ‬ ‫החמה נברא האדם הרומז למשיח‪ ,‬כדכתיב תזרח השמש יאספון כל חיות הטורפים ויצא‬ ‫אדם אומה הקדושה עם משיח לפעלו ולעבודתו ע"ש‪ .‬ובזה יש להבין טעם סמיכת גאולה‬ ‫לתפילה כותיקין שהוא דוקא עם רגע נץ החמה מפני שהוא זמן הגאולה כנ"ל‪.‬‬ ‫‪ -‬יא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪-‬ו‪-‬‬ ‫די גאנצע בריאה איז אנגעהאנגען אין דיינע מעשים!‬ ‫וַ ִ ּי ְב ָּרא ֱאל ֹ ִהים ֶׁאת ָּה ָּא ָּדם (א‪ ,‬כז)‬ ‫און דער אויבערשטער האט באשאפן דעם מענטש‬ ‫דער מדרש זאגט (פרקי דרבי אליעזר‪ ,‬יא) זאגט‪ :‬ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן‪,‬‬ ‫"בֹא ּו נִ ְש ַּת ֲח ֶׁוה‬ ‫זענען אלע באשפעענישן געקומען‪ ,‬און זיי האבן געזאגט (תהילים צה‪ ,‬ו)‪ּ :‬‬ ‫וְ נִ ְכ ָּר ָּעה נִ ְב ְר ָּכה לִ ְפנֵ י ה' ע ֵֹשנ ּו" [קומט'ס‪ ,‬און לאמיר זיך בוקן און קניען פארן‬ ‫באשעפער וואס האט אונז באשאפן]‪.‬‬ ‫דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע ערקלערט דאס‪ ,‬אז וויבאלד אדם הראשון איז‬ ‫געווען דער אויסדערוועלטער פון אלע באשפענישן‪ ,‬דעריבער‪ ,‬ווען ער האט זיך‬ ‫געבוקט‪ ,‬האט ער גורם געווען‪ ,‬אז אלע באשעפענישן זאלן זיך אויך בוקן צום‬ ‫אויבערשטן צוזאמען מיט אים‪ .‬ווייל דער מענטש האט אן אויסטערלישן כח‪ ,‬ווען ער‬ ‫געבט זיך א בייג צום גוטן‪ ,‬ציהט ער די גאנצע וועלט צו גוטס‪ ,‬און דאס זעלבע חס‬ ‫ושלום פארקערטו‪.‬‬ ‫ו חידושי הרי"ם‪ :‬איתא במדרש בשעה שנברא אדם הראשון באו כל הנבראים ואמרו בואו‬ ‫נשתחוה היינו מאחר שאדם הראשון הי' צורת כל הנבראים ולכן בכריעתו להשי"ת הטה את‬ ‫כל הנבראים להשי"ת כי האדם בהטייתו לטובה הריהו מושך את כל העולם לטוב וח"ו‬ ‫להיפוך‪.‬‬ ‫‪ -‬יב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪-‬ז‪-‬‬ ‫וויאזוי קען מען באמת גלייבן אז אלעס איז לטובה?‬ ‫ַו ַ ּי ְרא ֱאל ֹ ִקים ֶׁאת ׇּּכל ֲא ֶׁשר ָּע ָּשה וְ ִה ֵּנה טוֹ ב ְמאֹד (א‪ ,‬לא)‬ ‫און דער אויבערשטער האט געזען אלעס וואס ער האט באשאפן‪ ,‬און ס'איז זייער גוט‬ ‫דער הייליגער דברי ישראל זי"ע ערקלערט‪ ,‬ווען א מענטש גלייבט מיט א תמימות‪,‬‬ ‫אז דער אויבערשטער פירט אלעס‪ ,‬און יעדע איינציגע געשעענישט פאסירט נאר דורך‬ ‫די השגחה פרטית פונעם אויבערשטן‪ ,‬דאן וועט ער קענען באגרייפן‪ ,‬אז אלעס וואס‬ ‫פאסירט מיט אים איז בלויז לטובה‪ ,‬אפילו אויב ס'קוקט נישט אויס אזוי פאר זיינע‬ ‫פליישיגע אויגן‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם פסוק‪" :‬וַ ַ ּי ְרא ֱאל ֹ ִקים ֶׁאת ׇּּכל ֲא ֶׁשר ָּע ָּשה" – אויב א מענטש‬ ‫זעט און פארשטייט‪ ,‬אז אין יעדע זאך וואס ער טוט איז דארט דא 'אלקים' – אז דער‬ ‫אויבערשטער פירט אלעס‪ ,‬דאן "וְ ִה ֵּנה טוֹ ב ְמאֹד" ‪ -‬אנערקענט ער‪ ,‬אז אלעס איז גאר‬ ‫גוט‪ ,‬און ער קען זאגן אויף יעדע זאך וואס פאסירט‪ ,‬אז אלעס וואס דער אויבערשטער‬ ‫טוט איז בלויז גוט‪ .‬און דורכדעם וועט באמת צום סוף אלעס ווערן איבערגעדרייט צו‬ ‫בלויזע גוטסז‪.‬‬ ‫ז דברי ישראל‪ :‬וירא אלהים את כל אשר עשה והנה טוב מאוד‪ .‬הענין יש לומר כך דהנה ידוע‬ ‫אומרם ז"ל (ברכות ס ב) לעולם יהא אדם רגיל לומר כל דעביד רחמנא לטב עביד עי"ש‪ ,‬והוא‬ ‫כאשר האדם הוא מאמין שהכל הוא בהשגחת הבורא יתברך שמו כמובן זהו הפירוש וירא‬ ‫אלהים את כל אשר עשה‪ ,‬ר"ל כשהאדם רואה ומבין שהשגחת אלהים בכל אשר הוא עושה‬ ‫אזי והנה טוב מאוד הכל טוב וישר בעיניו ואומר כל דעביד רחמנא לטב ועל ידי זה נעשה‬ ‫באמת הכל טוב כנודע זאת מספרים הקדושים‪.‬‬ ‫‪ -‬יג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪-‬ח‪-‬‬ ‫שבת קודש – דער צייט צו שפירן א טעם אין תורה‪ ,‬און זוכה זיין צו יראת שמים!‬ ‫אכ ּתוֹ ֲא ֶׁשר ָּע ָּשה (ב‪ ,‬ב)‬ ‫ַויְ ַכל ֱאל ֹ ִהים ַּב ּיוֹ ם ַה ּ ְש ִב ִ‬ ‫יעי ְמלַ ְ‬ ‫און דער אויבערשטער האט געענדיגט אום שבת די גאנצע‬ ‫ארבעט וואס ער האט געטון [צו באשאפן די גאנצע וועלט]‬ ‫הרה"ק רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע זאגט‪ :‬אין די אלע זאכן וואס זענען באשאפן‬ ‫געווארן אין די ששת ימי בראשית איז באהאלטן די גאנצע תורה‪ ,‬און שבת קודש איז‬ ‫דער תכלית פון די גאנצע וועלט‪-‬באשאף‪ ,‬דעריבער איז שבת קודש אויך דער כלליות‬ ‫פון די גאנצע תורה (זוהר הק' פר' יתרו‪ ,‬צב‪.).‬‬ ‫תיכף ווען עס קומט אריין דער שבת קודש‪ ,‬איז דאן דער ריכטיגער צייט צו שפירן א‬ ‫נייע טעם אין די הייליגע תורה‪ ,‬און ספעציעל אין תורה שבעל פה‪ .‬דעריבער ליינט‬ ‫מען שבת קודש אין די תורה‪ .‬נאר מען פירט זיך אנצוהייבן צו ליינען פר' בראשית אום‬ ‫שמחת תורה‪ ,‬ווייל דער תיקוני זוהר זאגט (תיקון כט)‪ ,‬אז די ליכטיגקייט פון די תורה‬ ‫קומט ארויס פון שמיני עצרת‪ ,‬וואס דער כח האט משה רבינו איבערגעגעבן פאר כלל‬ ‫ישראל דורך די פרשה פון וזאת הברכה‪ ,‬אז יעדער איד זאל קענען שפירן א טעם אין‬ ‫תורה‪ ,‬דעריבער ליינט מען די ערשטע פרשה אין יום טוב‪ ,‬אבער דערנאך ווען עס‬ ‫קומט אן שבת‪ ,‬הייבט מען נאכאמאל אן פון פריש פר' בראשית‪ ,‬ווייל שבת איז מסוגל‬ ‫זוכה צו זיין צו די ליכטיגקייט און די זיסע טעם פון די תורה‪.‬‬ ‫וויבאלד דער עיקר פון די תורה איז יראת שמים‪ ,‬ווי דער פסוק זאגט (תהילים קיא‪ ,‬י)‪:‬‬ ‫"ראשית חכמה יראת ה'"‪ ,‬דעריבער איז שבת אויך מסוגל פאר יראה‪ ,‬ווי דער זוהר‬ ‫‪ -‬יד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫הק' זאגט (הקדמה‪ ,‬ה‪ ,):‬אז שבת איז יראה‪ ,‬און דאן רוהט א יראה אויף אלעמען‪ .‬און‬ ‫דער אר"י הק' זאגט (פרי עץ חיים שער השבת‪ ,‬פרק יז)‪ ,‬אז די דריי סעודות פון שבת קודש‬ ‫זענען קעגן די דריי אבות‪ ,‬און די סעודה פון פרייטאג צונאכטס‪ ,‬איז קעגן יצחק אבינו‪,‬‬ ‫וואס זיין מידה איז געווען יראה‪ ,‬ווייל תיכף ווען שבת קודש קומט אריין‪ ,‬פאלט אויף‬ ‫יעדן איד א פחד און א יראה פונעם אויבערשטן‪ .‬און דעריבער זאגן חז"ל (ירושלמי דמאי‬ ‫ד‪ ,‬א)‪ ,‬אז אן עם הארץ איז באגלייבט אום שבת‪ ,‬וויבאלד ער האט א פחד פון שבת‪,‬‬ ‫ווייל שבת איז מסוגל צו יראת שמיםח‪.‬‬ ‫ח פרי צדיק (בראשית ד)‪ :‬ובתיקונים חשב ע' אנפין במלת בראשית והוא דבמאמר בראשית נכלל‬ ‫כל הבריאה וכן נקראו ז' ימי בראשית והשבת נקרא שבת בראשית‪ .‬דבתיבת בראשית נכלל‬ ‫כל הבריאה ומעשה בראשית כולל כל הד"ת ושבת תכלית מעשה שמים וארץ ושבת כללא‬ ‫דכל אורייתא וע"כ דרש ע' פנים בתיבת בראשית‪ .‬וכן יש ע' פנים בכל תיבה בכל התורה‪.‬‬ ‫ותיכף בכניסת שבת הזמן להרגיש הטעם המחודש בד"ת דאי' בגמ' (שבת לא‪ ):‬לא ברא הקב"ה‬ ‫את עולמו אלא כדי שיראו מלפניו וכ' ראשית חכמה יראת ה' ובזוה"ק (ח"א ה' ב) שבת דמעלי‬ ‫שבתא איהי יראה ושריא בה יראה‪ .‬וכן חשב האריז"ל סעודת ליל שבת לקדושת יצחק אע"ה‬ ‫שהוא פחד יצחק שתיכף בכניסת שבת נופל על ישראל הפחד והיראה‪ .‬ומטעם זה אנו אומרים‬ ‫בברכת מעין ז' לפניו נעבוד ביראה ופחד אף שבברכת עבודה לא נזכר יראה ופחד אך בכניסת‬ ‫שבת נופל על כל ישראל הפחד והיראה‪ .‬וכן אמרו אימת שבת על ע"ה ונאמן תיכף בכניסת‬ ‫שבת‪ .‬וזהו שאמרו בגמ' (יבמות ו‪ ).‬לא משבת אתה מתיירא אלא ממי שהזהיר על השבת כו'‬ ‫ומה ראי' משבת הא לא כתיב בה מורא אך שבת איהי יראה ושריא בה יראה‪ .‬רק היראה הוא‬ ‫ממי שהזהיר על השבת‪ .‬והזמן להרגיש הטעם המחודש בד"ת שהוא התושבע"פ הוא בשבת‬ ‫דכו"ע בשבת נתנה תורה‪ .‬וקורין הפרשיות בשבת שיש בו התגלות עתיקא לזכות לאור‬ ‫תושבע"פ שהוא מטלא דעתיקא‪ .‬אך נוהגין להתחיל פ' בראשית בש"ת שהוא שמע"צ בא"י‬ ‫דביה נביעו דאורייתא שזה כח משרע"ה שהנחיל לישראל בפ' זאת הברכה שיוכל כל א'‬ ‫מישראל לזכות להרגיש הטעם בד"ת שהוא עיקר תושבע"פ וע"כ נקראת ביו"ט ואח"כ כשבא‬ ‫השבת מתחילין מחדש בפ' בראשית לזכות להאור והטעם המחודש בתורה‪.‬‬ ‫‪ -‬טו ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪-‬ט‪-‬‬ ‫דער אויבערשטער וועט דיר באלייכטן אפילו אין די נידריגסטע מצבים!!‬ ‫ֵא ֶּׁלה תוֹ ְלדוֹ ת ַה ּ ָּש ַמיִ ם וְ ָּה ָּא ֶׁרץ ְּב ִה ָּּב ְר ָּאם (ב‪ ,‬ד)‬ ‫דאס זענען די פאסירונגען פון די הימל און די ערד‪ ,‬ווען זיי זענען באשאפן געווארן‬ ‫דער מדרש (בראשית רבה‪ ,‬יב‪ ,‬י) שטעלט דא צו דעם פסוק (תהילים סח‪ ,‬ה)‪" :‬ס ֹּל ּו לָּ ר ֵֹכב‬ ‫ָּּב ֲע ָּרבוֹ ת ְּביָּ ּה ְשמוֹ " [לויבט'ס צום באשעפער וואס איז העכער די הימלען‪ ,‬זיין נאמען‬ ‫איז י"ה]‪.‬‬ ‫דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע ערקלערט‪ :‬דאס ווארט 'ערב' איז א לשון פון‬ ‫אויסמישן‪ .‬און לויט דעם וועט זיין דער פשט פון דעם פסוק "סולו לרוכב בערבות"‪,‬‬ ‫אז אפילו איינער וואס איז נאך אויסגעמישט פון גוטס מיט שלעכטס אינאיינעם‪ ,‬ער‬ ‫איז נא כנישט גענצליך ריין פון שלעכטס‪ ,‬מיט דעם אלעם‪ ,‬אויב האלט ער זיך אן אין‬ ‫די אמונה אינעם אויבערשטן‪ ,‬ווערט ער ווי א 'מרכבה' [א רייטוואגן] פארן‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬אז דער אויבערשטער רוהט אויף אים‪ ,‬און ער איז זוכה צו השראת‬ ‫השכינה‪ .‬דאס זאגט דער פסוק‪" :‬ס ֹּל ּו ָּלר ֵֹכב ָּּב ֲע ָּרבוֹ ת" – דער אויבערשטער איז 'רוכב'‬ ‫[ער רוהט] אפילו אויף א מענטש וואס איז נאך אויסגעמיטש מיט שלעכטס‬ ‫"ביָּ ּה ְשמוֹ " – דאס ווארט "ביה" איז די זעלבע גימטריא פון דעם ווארט‬ ‫("בערבות")‪ְּ ,‬‬ ‫'טוב' [‪ ,]17‬דאס איז מרמז‪ ,‬אז דער אויבערשטער פירט זיך מיט אים מיט גוטס‪ ,‬און‬ ‫איז משפיע אויף אים גוטס‪.‬‬ ‫דער ליכטיגער וועג‪ ,‬אז דער אויבערשטער איז משפיע גוטס אפילו אויף זינדיגע‪ ,‬האט‬ ‫זיך שוין באמת אנגעהויבן תיכף ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט‪ ,‬ווייל‬ ‫‪ -‬טז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫דער זוהר הקדוש זאגט (פר' בראשית‪ ,‬כג‪ ,).‬אז ווען דער אויבערשטער האט געוואלט‬ ‫באשאפן די וועלט‪ ,‬האבן די מלאכים גע'טענה'ט פאר אים‪" :‬די מענטשן וועלן דאך‬ ‫זינדיגן פאר דיר‪ ,‬זיי וועלן דיר דערצערענען"‪ ,‬האט זיי דער אויבערשטער‬ ‫געענטפערט‪ " :‬אומזינסט ווער איך אנגערופן 'רחום וחנון'?! דאס איז דאך מיין מידה‬ ‫צו רחמנות האבן אפילו אויף זינדיגע!"‪ .‬קומט אויס‪ ,‬אז דער אויבערשטער האט‬ ‫באשאפן די וועלט מיטן חשבון‪ ,‬אז כאטש וואס אידן וועלן זינדיגן‪ ,‬וועט ער זיך פירן‬ ‫מיט זיי צום גוטן‪.‬‬ ‫"א ֶּׁלה תוֹ לְ דוֹ ת ַה ּ ָּש ַמיִ ם ְו ָּה ָּא ֶׁרץ ְּב ִה ָּּב ְר ָּאם"‪,‬‬ ‫דער ענין איז אויך מרומז אין דעם פסוק ֵ‬ ‫ווייל די ווערטער ת'וֹ לְ דוֹ ת ַה' ָּׁשמיִ ם וְ ' ָּׁה ָּׁא ֶרץ‪ ,‬זענען ראשי תיבות 'תהו'‪ ,‬און דאס איז‬ ‫מרמז‪ ,‬אז די גאנצע בריאה פירט זיך אויפן זעלבן מהלך ווי ס'איז געווען אנהויב פון די‬ ‫וועלט‪ -‬באשאף‪ ,‬וואס דאן איז די וועלט געווען פול מיט 'תהו'‪ ,‬וואס איז מרמז אויף‬ ‫קליפות און כוחות הטומאה‪ ,‬און דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט און געזאגט‬ ‫"יהי אור"‪ ,‬אז עס זאל נמשך ווערן ליכטיגקייט‪ ,‬און דאס זעלבע טוט דער‬ ‫אויבערשטער אלעמאל‪ ,‬אז כאטש וואס דער מענטש איז אויסגעמישט מיט שלעכטס‪,‬‬ ‫מיט דעם אלעם העלפט ער אים אז ער זאל קענען תשובה טון‪ ,‬און ער באלייכט אים‬ ‫זיין וועג‪ .‬דאס איז דער שייכות פונעם פסוק "סולו לרוכב בערבות" צו אונזער פסוק‪,‬‬ ‫ווייל ביידע ווייזן אויף די רחמנות פונעם אויבערשטן‪ ,‬אפילו אויף די וואס זענען נאך‬ ‫ווייט פון שלימותט‪.‬‬ ‫ט זרע קודש (ד"ה או יאמר‪ ,‬ונקדים)‪ :‬א"י ונקדים פי' המדרש ע"פ אלה תולדות השמים והארץ‬ ‫בהבראם כו' אמר ר' יהודא נשיאה שאילת לר"ש ב"ר נחמן מאי דכתיב סולו לרוכב בערבות‬ ‫ביה שמו‪ ...‬כלל הדבר שמערב היא לשון תערובות וסולו לרוכב בערבות פי' ג"כ לשון‬ ‫תערובות שאף מי שהוא עדיין אינו טוב ברור מכל רע רק הוא עדיין מעורב מטו"ר עכ"ז אם‬ ‫‪ -‬יז ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪-‬י‪-‬‬ ‫נאר דורך דעם יצר הרע קען מען דינען דעם אויבערשטן מיט התלהבות!‬ ‫וַ ּי ֶׁ‬ ‫ֹאמר ה' ֱאל ֹ ִקים לֹא טוֹ ב ֱהיוֹ ת ָּה ָּא ָּדם ְל ַבדּ וֹ ֶׁא ֱע ֶׁשה ּלוֹ ֵעזֶׁ ר ְּכנֶׁ גְ דּ וֹ (ב‪ ,‬יח)‬ ‫און דער אויבערשטער האט געזאגט‪ :‬ס'איז נישט גוט‪ ,‬אז דער מענטש‬ ‫זאל זיין אליינס [אן קיין פרוי]‪ ,‬איך וועל אים מאכן א הילף קעגן אים‬ ‫דער הייליגער אורח לחיים פון זלאטשוב זי"ע שרייבט‪ :‬דער הייליגער מגיד פון‬ ‫מעזריטש זי"ע האט געזאגט‪ ,‬אז דער גאנצער תכלית פונעם יצר הרע איז‪,‬‬ ‫ארויסצוהעלפן פאר עבודת ה'‪ ,‬ווייל א מענטש דארף נעמען די התלהבות און די‬ ‫ברען וואס דער יצר הרע ברענגט אים אריין צו תאוות‪ ,‬און מיט דעם זאל ער דינען‬ ‫דעם אויבערשטן‪ ,‬קומט אויס‪ ,‬אז דער יצר הרע איז גאר דער עיקר הילף פאר עבודת‬ ‫ה'‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק‪ ,‬אז אדם הראשון איז געווען אין גן עדן אן קיין‬ ‫פרוי‪ ,‬און ער האט נישט געוואוסט בכלל פון קיין יצר הרע‪ ,‬דער יצר הרע האט זיך‬ ‫רק מחזיק באמונתו ית' גם על זה האיש עושה ית' לעצמו מרכבה ושכינה במערב אף שהוא‬ ‫מטו"ר ובי"ה גי' טוב שם הגושפנקא דחתים בה שמיא וארעא הר"ת מאת השמים ואת הארץ‬ ‫כי ית"ש אמר בשעת הבריאה שאמרו המלאכים עתיד הוא למחטי קמך אמר וכי למגנא אנא‬ ‫נקרא רחום וחנון כן ג"כ עתה לאחר הבריאה נוהג ית' בטוב עד"ז וזהו מרמז לנו הכתוב אלה‬ ‫"תולדות "השמים "והארץ ר"ת תה"ו בהבראם שהתולדות שמים וארץ מתנהגים כמו שהיה‬ ‫עיקר הבריאה שהיה הארץ תהו ובוהו וחושך עד שברחמיו ית' אמר יהי אור כן בכל פעם אף‬ ‫שהאדם הוא עדיין מעורב בטו"ר ותוהו ובוהו עזרו ית' שיעשה תשובה ויהיה ה' לו לאור‬ ‫עולם‪.‬‬ ‫‪ -‬יח ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫נישט געקענט אנקלעבן אין אים‪ ,‬צוליב דעם האט ער אויך נישט געהאט קיין‬ ‫התלהבות צו עבודת ה'‪ ,‬און ער האט זיך נישט געקענט אנבינדן צום אויבערשטן‬ ‫מיט אלע זיינע מעשים‪ ,‬דיבורים‪ ,‬און מחשבות‪ .‬דעריבער האט דער אויבערשטער‬ ‫געזאגט‪" :‬לֹא טוֹ ב ֱהיוֹ ת ָּה ָּא ָּדם ְל ַבדּ וֹ " – ווען דער מענטש איז אליין אן קיין יצר‬ ‫הרע‪ ,‬קען ער זיך נישט מקשר זיין צום אויבערשטן‪ ,‬ווייל ער האט דאך נישט קיין‬ ‫"א ֱע ֶׁשה ּלוֹ ֵעזֶׁ ר ְּכנֶׁ גְ דּ וֹ " – וועל איך אים געבן א יצר‬ ‫ברען און התלהבות‪ ,‬דעריבער ֶׁ‬ ‫הרע וואס איז קעגן אים‪ ,‬און דאס וועט אים זיין א הילף צו קענען ריכטיג דינעם‬ ‫דעם אויבערשטןי‪.‬‬ ‫י אורח לחיים‪ :‬ויאמר ה' אלהים לא טוב היות האדם לבדו אעשה לו עזר כנגדו כו'‪...‬‬ ‫והנה הרב בוצינא קדישא מו' דוב בער זללה"ה אמר פירוש הגמרא קידושין דף למ"ד‬ ‫בראתי יצר הרע ובראתי לו תורה תבלין והלא אין המשל דומה לנמשל כי בבשר‬ ‫משימין תבלין והעיקר הוא הבשר ולא התבלין וכאן אמר שהתורה הוא התבלין ואמר‬ ‫שהאמת הוא כן שהיצר הרע היא העיקר וצריך האדם לעבוד הש"י בהתלהבות הנמשך‬ ‫מיצה"ר‪ ...‬ונמצא באמת שהיצר הרע הוא העיקר שיקח התלהבות היצר לעבודת הש"י‬ ‫והתורה הוא המורה דרך ובאמת כמו תבלין עכ"ד בקיצור ודפח"ח והנה בכאן שאדם‬ ‫היה בגן עדן ולא היה יודע מיצרא דעבירה שלא היה לו אשה כלל‪ ,‬ולא היה היצה"ר‬ ‫יכול לדבק בו כלל לא היה לו התלהבות כלל והאיך היה יכול לקשר עצמו בכל מעשיו‬ ‫ודבוריו ומחשבותיו אל השי"ת ומדת התקשרות נקרא טוב וזהו לא טוב לא יוכל האדם‬ ‫לקשר עצמו היות אדם לבדו בלי יצרא דעבירה ואין לו שום התלהבות כלל אעשה לו‬ ‫עזר ר"ל אתן לו יצה"ר שיהא לו עזר כנגדו ר"ל היצה"ר שיהיה לו כנגדו וזהו ע"י‬ ‫בריאת חוה ויודע לו יצרא דעבירה ויהיה לו התלהבות ויוכל לעבוד השי"ת בהתקשרות‬ ‫בכל מעשיו‪.‬‬ ‫‪ -‬יט ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪ -‬יא ‪-‬‬ ‫דו האסט באקומען גענוי אזא סארט יצר הרע וואס דו קענסט אים בייקומען!‬ ‫דער הייליגער אורח לחיים איז ממשיך‪ :‬דער טעם פארוואס דער פסוק דרוקט זיך‬ ‫אויס מיט די אויסדרוק "כנגדו" מיט א כ' און נישט 'נגדו' קען מען ערקלערן‪ ,‬לויט ווי‬ ‫חז"ל זאגן (סוכה נב‪ ,).‬אז דער וואס איז גרעסער פון זיין חבר‪ ,‬האט אויך א גרעסערן‬ ‫יצר הרע‪ .‬און דער טעם דערפון איז‪ ,‬ווייל דער אויבערשטער געבט נישט פאר א‬ ‫מענטש אזא יצר הרע וואס ער קען זיך נישט מתגבר זיין דערויף‪ ,‬דעריבער‪ ,‬א מענטש‬ ‫וואס איז אין א נידריגע מדריגה געבט מען אים א קליינעם יצר הרע‪ ,‬וואס ער קען זיך‬ ‫שטארקן דערויף‪ ,‬און פאר א מענטש וואס איז הייליגער און ער האט מער כוחות זיך‬ ‫צו שלאגן מיטן יצר‪ ,‬געבט מען אים א גרעסערן יצר הרע‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם פסוק "כנגדו"‪ ,‬אז יעדער באקומט א יצר הרע‪ ,‬גענוי 'אזויווי‬ ‫אים'‪ ,‬לויט זיין מדריגה‪ ,‬ווייל ווי גרעסער דער מענטש איז‪ ,‬האט ער א גרעסערן יצר‬ ‫הרעיא‪.‬‬ ‫יא אורח לחיים (המשך מהפיסקא הקודמת)‪ :‬ומה שאמר כנגדו בכ' הדמיון ולא אמר נגדו יובן עפ"י‬ ‫שאמרתי‪ ...‬דשם אמרו בגמרא כל הגדול מחבירו יצרו גדול ממנו ומעשה דאביי שם יוכיח‬ ‫וצריך להבין למה באמת הוא כך ונראה הטעם דאין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו ולאדם‬ ‫שהוא במדרגה התחתונה אין נותנין לו יצה"ר כזה שאין ביכלתו להגביר עליו רק לכ"א וא'‬ ‫נותנים לו יצר הרע שיוכל להגביר עליו וע"כ כל הגדול מחבירו יצרו גדול ממנו‪ ...‬וזהו שאמר‬ ‫כאן כנגדו בכ' הדמיון כי היצה"ר הוא גדול כמו האדם ממש כי כל הגדול מחבירו יצרו גדול‬ ‫הימנו וזהו כנגדו ממש וכנ"ל‪.‬‬ ‫‪-‬כ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪ -‬יב ‪-‬‬ ‫נאכן נכשל ווערן איינמאל‪ ,‬איז שוין פיל שווערער!‬ ‫וַ ּי ֶׁ‬ ‫ֹאמר ָּה ָּא ָּדם ָּה ִא ּ ָּשה ֲא ֶׁשר נָּ ַת ָּּתה ִע ָּּמ ִדי ִהוא נָּ ְתנָּ ה ִּלי ִמן ָּה ֵעץ ָּוא ֵֹכל (ג‪ ,‬יב)‬ ‫און אדם הראשון האט געזאגט פארן אויבערשטן‪" :‬די פרוי וואס דו האסט‬ ‫מיר געגעבן‪ ,‬האט מיר געגעבן פונעם 'עץ הדעת' און איך האב געגעסן"‬ ‫דער מדרש זאגט (בראשית רבה‪ ,‬יט‪ ,‬יב)‪ ,‬אז אדם הראשון האט נישט גענוצט דעם לשון‬ ‫"אכלתי" וואס איז א לשון עבר [‪-‬איך האב געגעסן]‪ ,‬נאר "ואוכל"‪ ,‬וואס קען אויך‬ ‫דינען פאר א לשון עתיד [‪-‬איך וועל עסן]‪ ,‬דאס איז מרמז‪ ,‬אז אדם הראשון האט‬ ‫געזאגט פארן אויבערשטן‪ ,‬אז איך האב געגעסן‪ ,‬און איך וועל עסן נאך‪.‬‬ ‫דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע פרעגט‪ :‬וויאזוי קען זיין‪ ,‬אז דער הייליגער אדם‬ ‫הראשון זאל ענטפערן מיט אזא עזות פארן אויבערשטן?‬ ‫נאר די טיפע כוונה דערפון איז‪ ,‬אז לכתחלה ווען דער מענטש איז באשאפן געווארן‪,‬‬ ‫מיטן ציל צו אויספירן דעם אויבערשטנ'ס רצון‪ ,‬איז זיכער‪ ,‬אז דער באפעל פונעם‬ ‫באשעפער איז געווען ווי א מויער‪ ,‬וואס ס'איז געווען גאר שווער דאס דורכברעכן‪,‬‬ ‫אבער ווען ער האט איינמאל עובר געווען אויף די ווערטער פונעם אויבערשטן‪ ,‬דאן‬ ‫איז ער אריינגעפאלן טיפער אינעם נסיון‪ ,‬און ס'איז אים געווארן שווערער דאס צו‬ ‫מקיים זיין‪.‬‬ ‫דאס איז די כוונה פון דעם מדרש‪ ,‬אז אדם הראשון האט זיך פארענטפערט‪ ,‬אז‬ ‫וויבאלד איך האב שוין איינמאל געגעסן‪ ,‬איז שוין מעגליך‪ ,‬אז פון יעצט און ווייטער‬ ‫‪ -‬כא ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫וועל איך עסן נאך‪ ,‬ווייל ס'איז שוין אוועקגעגאנגען די אפהאלט וואס האט מיר נישט‬ ‫געלאזט עובר זיין אויפן רצון ה'יב‪.‬‬ ‫‪ -‬יג ‪-‬‬ ‫דיין עצה איז צו שרייען‪" :‬געוואלד! איך וויל נישט עסן ווי א בהמה!"‬ ‫ֹאכל ֶׁל ֶׁחם (ג‪ ,‬יח‪-‬יט)‬ ‫ְו ָּא ַכלְ ָּּת ֶׁאת ֵע ֶׁשב ַה ּ ָּש ֶׁדה‪ְּ :‬בזֵ ַעת ַא ּ ֶׁפ ָּ‬ ‫יך ּת ַ‬ ‫[דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אדם הראשון‪ ]:‬דו וועסט עסן די גראז‬ ‫פון די ערד‪ .‬דורכדעם וואס דו וועסט שוויצן וועסטו קענען עסן ברויט‬ ‫חז"ל זאגן (פסחים קיח‪ :).‬ווען דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אדם הראשון‪:‬‬ ‫"ואכלת את עשב השדה" [און דו וועסט עסן די גראז פון פעלד]‪ ,‬איז ער‬ ‫געווארן אויפגעטרייסלט‪ ,‬און ער האט געזאגט‪" :‬איך און אן אייזל וועלן עסן‬ ‫פון איין שיסל?! איך וועל עסן גראז פונקט ווי א בהמה?!"‪ ,‬און ווען דער‬ ‫אויבערשטער האט אים געזאגט‪" :‬בזיעת אפך תאכל לחם" [ווען דו וועסט‬ ‫שוויצן וועסטו עסן ברויט]‪ ,‬האט ער זיך בארואיגט‪.‬‬ ‫יב חידושי הרי"ם‪ :‬איתא במדרש (סוף פרשה י"ט) ואכלתי אין כתיב כאן אלא ואוכל אכלתי ואוכל‬ ‫עוד עיי"ש וכי תעלה על דעתך שאדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה יענה בעזות כזאת לפני‬ ‫השי"ת אלא הפירוש הוא דהנה האדם כשנברא לעשות רצונו יתברך בודאי ציווי השי"ת‬ ‫ומאמריו עומדים לפניו כחומה לבל יעבור ח"ו אולם כשפירש פעם אחת אזי ירד בעומק יותר‬ ‫אל הנסיון וד"ל ולזאת התנצל אדם הראשון עכשיו שאכלתי יכול להיות שאוכל עוד כי הלא‬ ‫ניטל ממנו המניעה‪.‬‬ ‫‪ -‬כב ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫הרה"ק רבי נתן פון ברסלב זי"ע ערקלערט‪ :‬עס זענען דא מענטשן וואס זייער‬ ‫עסן איז נאך א בחינה פון א 'מאכל בהמה'‪ ,‬ווייל זיי ליגן נאך אין תאוות‬ ‫אכילה‪ ,‬אבער דער אמת איז‪ ,‬אז אויף יעדן איינציגן איד‪ ,‬קומט א 'יראה' בשעת'ן‬ ‫עסן (ליקוטי מוהר"ן תניינא‪ ,‬עז)‪ ,‬און אפילו איינער וואס עסט ווי א בהמה‪ ,‬טאר‬ ‫נישט משלים זיין מיטן מציאות‪ ,‬נאר ער דארף אויך ממשיך זיין אויף זיך אט‬ ‫די 'יראה' וואס קומט אויף אים בשעת'ן עסן‪ ,‬צו געדענקען פונעם אויבערשטן‪,‬‬ ‫און מורא האבן פון אים‪ .‬און דאס וועט אים צוברענגען‪ ,‬אז ער וועט זוכה זיין‬ ‫צו א ליכטיגקייט פון 'רצון'‪ ,‬אז ער וועט גלוסטן און בענקען מיט א פעסטע‬ ‫רצון‪ ,‬זוכה צו זיין צו עסן בקדושה‪ ,‬און ארויסצוגיין פון 'מאכל בהמה'‪ ,‬ער וועט‬ ‫משתוקק זיין זוכה צו זיין צו די מדריגה פון 'מאכל אדם'‪ .‬און דורכדעם וועט‬ ‫ער באמת זוכה זיין ארויפצוגיין צו די בחינה פון 'מאכל אדם'‪ ,‬צו עסן ווי א‬ ‫איד דארף צו עסן‪.‬‬ ‫דאס איז מרומז אין דעם מאמר חז"ל‪ ,‬אז ווען דער אויבערשטער האט געזאגט‬ ‫פאר אדם הראשון‪ ,‬אז ער איז אראפגעפאלן צו די מדריגה פון עסן ווי א בהמה‪,‬‬ ‫דורכדעם איז ער געווארן 'אויפגעטרייסלט'‪ ,‬דאס מיינט‪ ,‬אז ער האט ממשיך‬ ‫געווען אויף זיך א יראה‪ ,‬צו טרייסלען און ציטערן פונעם אויבערשטן‪ ,‬און דאס‬ ‫האט אים צוגעברענגט‪ ,‬אז ער האט אויסגעשריגן צום אויבערשטן‪" :‬אני וחמור‬ ‫באבוס אחד?!" – איך בין נישט מסכים צו עסן ווי א בהמה! איך וויל און‬ ‫איך בעט מיט א טיפע רצון‪ ,‬אז דו זאלסט מיר ארויסנעמען פון די שמוציגע‬ ‫בחינה פון 'מאכל בהמה'! און דער אויבערשטער האט טאקע תיכף אנגענומען‬ ‫ֹאכל‬ ‫זיין געשריי און זיינע רצונות‪ ,‬און ער האט אים געזאגט‪ְּ " :‬בזֵ ַעת ַא ּ ֶׁפ ָּ‬ ‫יך ּת ַ‬ ‫‪ -‬כג ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫לֶׁ ֶׁחם"‪ ,‬דאס מיינט‪ ,‬אז אויב דו וועסט שוויצן‪ ,‬און זיך מוטשען אין תורה און‬ ‫אין עבודת ה'‪ ,‬וועסטו זוכה זייין צו דער שלימות פון די מדריגה פון א 'מאכל‬ ‫אדם'‪ ,‬און דו וועסט זוכה זיין צו גרויסע השגות בשעת'ן עסן‪ ,‬צו עסן מיט א‬ ‫געוואלדיגע דביקותיג‪.‬‬ ‫יג ליקוטי הלכות (הל' נטילת ידים לסעודה ו‪ ,‬לה)‪ :‬וזהו מרומז בדברי רבותינו זכרונם לברכה‬ ‫שאמרו‪ ,‬בשעה שאמר הקדוש ברוך הוא לאדם הראשון ואכלת את עשב השדה נזדעזע‪,‬‬ ‫אמר‪ ,‬אני וחמור באבוס אחד? כיון שאמר לו הקדוש ברוך הוא בזיעת אפך תאכל‬ ‫לחם נתיישבה דעתו‪ .‬היינו שעל ידי זה בעצמו שנזדעזע כשאמר לו ה' יתברך ואכלת‬ ‫את עשב השדה שהוא מאכל בהמה על ידי זה בעצמו זכה שה' יתברך הבטיחו לזכות‬ ‫למאכל אדם‪ .‬והכל על פי הנ"ל‪ .‬שאפילו כשמאכלו עדיין בבחינת מאכל בהמה צריך‬ ‫גם כן להמשיך על עצמו היראה הבאה אל האדם בשעת האכילה עד שיזכה גם אז‬ ‫להארת הרצון עד שישתוקק על כל פנים ברצון חזק לזכות למאכל אדם ואז על ידי‬ ‫זה בעצמו יזכה למאכל אדם כמו אדם הראשון שעל ידי זה שאמר לו ה' יתברך‬ ‫ואכלת את עשב השדה שהוא מאכל בהמה על ידי זה נזדעזע‪ .‬נזדעזע דייקא‪ .‬שהמשיך‬ ‫עליו יראה וכנ"ל‪ .‬וצעק ואמר אני וחמור באבוס אחד‪ .‬הינו שאני רוצה ומבקש שתוציאני‬ ‫מבחינת מאכל בהמה ואז תכף נתרצה לו ה' יתברך ואמר לו בזיעת אפך תאכל לחם‬ ‫שעל ידי זיעת אפך‪ ,‬דהיינו יגיעות בתורה ועבודה שהוא בחינת זיעת אפך בחינת וריח‬ ‫אפך כתפוחים שהם בחינת היגיעות להתקרב להצדיק המקרבו לה' יתברך‪ ,‬כמו שמבואר‬ ‫בהתורה תקעו אמונה (באות טז) על ידי זה 'תאכל לחם'‪ ,‬שתזכה למאכל אדם שהוא‬ ‫הארת הרצון בתכלית השלמות וכנ"ל‪.‬‬ ‫‪ -‬כד ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪ -‬יד ‪-‬‬ ‫נאר א ירא שמים האט אמת'ע חן‬ ‫וְ נ ַֹח ָּמ ָּצא ֵחן ְּב ֵעינֵ י ה'‪ֶׁ ... :‬את ָּה ֱאל ֹ ִקים ִה ְת ַה ֶּׁל ְך נ ַֹח (ו‪ ,‬ח‪-‬ט)‬ ‫און נח האט געפינען חן אין די אויגן פון השי"ת‪ ...‬נח איז געגאנגען‬ ‫מיטן אויבערשטן [ער איז געווען באהאפטן צו אים]‬ ‫הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער זי"ע ערקלערט דער שייכות פון די צוויי פסוקים‪,‬‬ ‫ווייל חז"ל זאגן (סוכה מט)‪ ,‬אז יעדער מענטש וואס האט אויף זיך א חן‪ ,‬איז זיכער‬ ‫אז ער איז א ירא שמים‪ .‬דאס זאגט דער פסוק ְ"ונ ַֹח ָּמ ָּצא ֵחן ְּב ֵעינֵ י ה'" – נח‬ ‫"את ָּה ֱאל ֹ ִקים‬ ‫האט געהאט אויף זיך א חן‪ ,‬און דער טעם דערפון איז געווען‪ ,‬ווייל ֶׁ‬ ‫ִה ְת ַה ֶּׁל ְך נ ַֹח" – ער איז געווען באהאפטן צום אויבערשטן‪ ,‬און ער האט געהאט‬ ‫יראת שמיםיד‪.‬‬ ‫יד אך פרי תבואה‪ :‬ונח מצא חן בעיני ד' וכו' אלה תולדות נח וכו' את אלקי'‬ ‫התהלך נח‪ .‬הנה י"ל סמיכות הפרשיות הנה אחז"ל (סוכה מט) כל אדם שיש בו חן‬ ‫בידוע שהוא י"ש שנ' וחסד ד' מעולם ועד עולם על יראיו ולכן כתבה התורה ונח‬ ‫מצא חן משום דאת אלקי' התהלך נח שהי' לו יראת שמים‪.‬‬ ‫‪ -‬כה ‪-‬‬ ‫דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים‬ ‫בראשית‬ ‫‪ -‬טו ‪-‬‬ ‫שבת איז משפיע קדושה אויף אלע וואכנטעג!‬ ‫דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע זאגט‪ :‬מיר רופן אן די נאכט פון שבת מיטן נאמען‬ ‫'פרייטאג צונאכטס'‪ ,‬און די נאכט פון מוצאי שבת מיטן נאמען 'שבת צונאכטס'‪,‬‬ ‫כאטש וואס לכאורה גייט דאך די נאכט נאך די טאג‪ ,‬אויב אזוי וואלט געדארפט‬ ‫זיין פארקערט‪ ,‬אז די נאכט פון שבת זאל מען אנרופן אויפן נאמען פון שבת‪ ,‬און די‬ ‫נאכט פון מוצאי שבת אויפן נאמען פון זונטאג? נאר דאס קומט צו ווייזן‪ ,‬אז די‬ ‫קדושה פון שבת איז משפיע פאר די וואכנטעג‪ ,‬און דעריבער רופט מען די נאכט‬ ‫פון מוצאי שבת אויפן נאמען פון שבת‪ ,‬ווייל די קדושה פון שבת ציעט זיך אריין‬ ‫אויך אין די וואכנטעגטו‪.‬‬ ‫‪‬‬ ‫טו זרע קודש (ד"ה או יאמר‪ ,‬ונקדים)‪ :‬ולרמז זה אנו קורין את ליל שבת על יום הששי שקורין‬ ‫בל"א פרייטיג צו נאכט וכן להפך ביציאת שבת אנו קורין את ליל א' על שבת בל"א שבת‬ ‫צו נאכט ולכאורה הי' ראוי להיות בהפך לקרות את ליל כניסת שבת ע"ש שבת וליל‬ ‫יציאת שבת על החול כי הלילה הולכת אחר היום שלאחריו רק כי מורה כנ"ל על קדושת‬ ‫שבת שמתערב בחול ולכן גם בליל מוצאי שבת קורין על שם שבת שקדושת שבת משפיע‬ ‫לימי החול‪.‬‬ ‫‪ -‬כו ‪-‬‬