עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — בראשית (2026-10-05)

זה השער לד'
צדיקים יבאו בו
דברי תורה אין אידיש
בדרכי העבודה והחסידות
עוﬥﬨ
ארויסגענומען פונעם
ספר
שבﬨ
מאת
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
ממונקאטש
פרשת בראשית
ארויסגעגעבן דורך:
תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש
בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א
5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219
צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול
דאס צו באקומען אין אימעיל,
שרייבט אייך איין בייTTTB5202@gmail.com :
עולת שבת -מונקאטש ב
תוכן המאמר:
איתא ברש"י" :לא היה צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה
לכם" ,ומה טעם פתח בבראשית ,משום "כח מעשיו הגיד לעמו" ,שאם
יאמרו אומות העולם לישראל ליסטים אתם ,אומרים להם" ,כל הארץ
של הקב"ה היא ,הוא בראה ונתנה לאשר ישר בעיניו ,ברצונו נתנה
להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו" .ולכאורה ,הלא הנותן מתנה
לחבירו ,משזכה בה המקבל שוב אין הנותן יכול ליטלה ממנו .אך
הענין ,כי אצל האדם אין הרצון לבדו עושה את הדבר ,ואילו אצל
הקב"ה רצונו יתברך הוא עצמו מהווה את הדבר ונותן לו מציאות.
ומעתה יובן "ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם" :אין הכוונה
בלבד שנתן את הארץ לאומות ואחר כך נטלה מהם ,אלא שבכל רגע
מתחדש עצם מציאותה כפי רצונו יתברך .וכמו שאומרים "המחדש
בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית" -שהעולם אינו עומד מכח
הרצון שהיה בששת ימי בראשית בלבד ,אלא מתהוה מחדש בכל
רגע כפי רצונו עתה .וכאשר היה רצונו שתהא הארץ ביד האומות -
נתהוותה כפי רצון זה ,וכאשר עלה ברצונו לתתה לישראל -נתחדש
עצם מציאותה להיות נחלת ישראל.
ומכאן "כח מעשיו הגיד לעמו" :כשם שהבריאה מתחדשת ברצונו
יתברך ,כך מסר הקב"ה לישראל כח בקביעת הזמנים והמועדות,
כמאמר "אשר תקראו אותם -אתם אפילו שוגגין ,אתם אפילו מזידין,
אתם אפילו מוטעין" .ולכך פתחה התורה ב"בראשית" קודם "החודש
הזה לכם" -להודיע יסוד זה שעליו עומד הכח שנמסר לישראל.
ועל דרך זה יובן "המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים" :כי
המענג את השבת מעיד על חידוש העולם ,שהקב"ה מחדש בטובו בכל
עת את מעשה בראשית ,ותכלית הבריאה היא בשביל ישראל .ובזה
מבטל את טענת האומות "ליסטים אתם" ,שהרי גם הארץ מתהוה
ומתחדשת בכל רגע ברצונו יתברך .ועל כן "נותנין לו נחלה בלי
מצרים" -היא ארץ ישראל.
ג פרשת בראשית
עולת שבת -מונקאטש ד
פרשת בראשית
ָהָָאֶרץ.
ָּבָּרא ֱאֱֹל ִֹקִ ים ֵאֵ ת ַהַ ָּׁשַׁמַ ִיִם ְוְ ֵאֵ ת ֶ
ְּבֵּראִׁשׁ ית ָ
ֵ
(א ,א)
"ਪברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם"
רש״י ברענגט :״אמר רבי יצחק ,לא היה צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם״
-די תורה וואלט נישט געדארפט אנהייבן נאר פון "החודש הזה לכם״ (שמות יב ,ב) ,ווייל
דאס איז די ערשטע מצוה וואס די אידן זענען באפוילן געווארן .פארוואס האט די תורה
אנגעהויבן מיט ״בראשית״? דאס איז צוליב דעם פסוק (תהלים קיא ,ו)" :כח מעשיו הגיד לעמו
לתת להם נחלת גוים".
ווייל אויב די אומות העולם וועלן זאגן פאר די אידן" :ליסטים אתם״ -עטס זענטס גזלנים,
ווייל עטס האטס איינגענומען די לענדער פון די זיבן פעלקער ,וועלן די אידן זיי ענטפערן:
״כל הארץ של הקב"ה היא״ -די גאנצע וועלט געהערט צום אויבערשטן .״הוא בראה ונתנה
לאשר ישר בעיניו״ -ער האט דאס באשאפן ,און ער האט דאס געגעבן פאר וועמען עס
געפעלט אים" .ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו״ -ווען ער האט געוואלט,
האט ער עס געגעבן פאר זיי ,און ווען ער האט געוואלט ,האט ער עס אוועקגענומען פון זיי
און געגעבן פאר אונז.
ਪקען מען צוריקנעמען א מתנה?
לכאורה דארף מען פארשטיין ,וואס איז דער ענטפער פאר די אומות העולם מיט דעם וואס
מען זאגט" :ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו״ -ווען ער האט געוואלט ,האט
ה פרשת בראשית
ער עס געגעבן פאר זיי ,און ווען ער האט געוואלט ,האט ער עס אוועקגענומען פון זיי און
געגעבן פאר אונז?
מען ווייסט דאך ,אז ווען איינער גיבט א מתנה פאר זיין חבר ,איינמאל דער מקבל האט
שוין זוכה געווען אין די מתנה ,ענדיגט זיך דערויף די בעלות פון דער וואס האט געגעבן די
מתנה ,און דער געבער קען עס שוין נישט צוריקנעמען פון אים ,ווייל עס איז שוין געווארן
דער אייגנטום פונעם מקבל.
און דאס איז אפילו ווען דער געבער האט די זאך אליין געמאכט ,אדער געקויפט ,אדער
ער האט דאס געהאט ביי זיך לאנגע יארן און עס איז אים געווען זייער טייער .איינמאל
ער האט עס אוועקגעגעבן פאר א צווייטן ,געהערט עס שוין נישט צו אים ,און ער קען עס
נישט פשוט צוריקנעמען.
אויב אזוי ,ווי אזוי קען מען דא זאגן" :ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם״ -ווען ער
האט געוואלט ,האט ער עס זיי געגעבן ,און ווען ער האט געוואלט ,האט ער עס פון זיי
אוועקגענומען?
ווייל אויב דער אויבערשטער האט שוין געגעבן די ערד פאר די זיבן פעלקער ,און עס איז
געווארן זייער אייגנטום ,ווי אזוי קען מען דאס נאכדעם אוועקנעמען פון זיי און געבן פאר
די אידן? דאס איז דאך גופא די טענה פון די אומות העולם ,אז די אידן האבן איינגענומען
א לאנד וואס האט שוין געהערט פאר אנדערע!
נאך דארף מען פארשטיין :די הויפט קשיא איז דאך געווען ,אז "לא היה צריך להתחיל את
התורה אלא מהחודש הזה לכם״ -די תורה וואלט נישט געדארפט אנהייבן נאר פון "החודש
הזה לכם" .די קשיא בלייבט דאך נאך אלץ שווער ,ווייל די תורה וואלט געקענט קודם
אנהייבן מיט דער ערשטער מצוה ,און שפעטער אונז מודיע זיין דעם ענין פון "כח מעשיו
הגיד לעמו".
פארוואס איז טאקע געווען אזוי וויכטיג ,אז די ערשטע ווערטער וואס מיר ליינען אין דער
תורה זאלן זיין "בראשית ברא אלקים״?
ਪדער רצון פונעם אויבערשטן שאפט די בריאה
דער ענין וועט מען פארשטיין ,נאכדעם וואס מען וועט פריער ערקלערן דעם חילוק
צווישן דעם רצון פון א מענטש און דעם רצון פונעם אויבערשטן.
ביי א מענטש איז אזוי :ווען ער וויל א געוויסע זאך ,ווערט די זאך נאכנישט געטוהן בלויז
מיט דעם וואס ער וויל עס .אויב א מענטש וויל בויען א הויז ,בויט זיך דאס הויז נאכנישט
בלויז דערמיט וואס ער וויל האבן א הויז .ער מוז טראכטן ,מאכן א פלאן ,טוהן פעולות און
עולת שבת -מונקאטש ו
זיך אנשטרענגען ,ביז דאס הויז ווערט ענדליך אויפגעבויט .קומט אויס ,אז דער רצון קומט
פריער ווי די מעשה ,אבער דער רצון אליין טוט נישט די זאך.
ביים אויבערשטן איז אבער נישט אזוי ,ווייל דאס וואס דער אויבערשטער וויל אז א זאך
זאל זיין ,דאס אליין איז וואס שאפט די זאך און גיבט איר דעם מציאות .דאס הייסט ,אז
דער רצון פונעם אויבערשטן איז נישט בלויז א רצון וואס קומט פאר דער בריאה ,אזוי ווי
ביים מענטש וואס זיין רצון קומט פריער ווי די מעשה ,נאר דער רצון אליין איז דער כח
וואס שאפט די בריאה.
און פונקט ווי דאס עצם באשאפן ווערן פונעם נברא קומט פונעם רצון פונעם אויבערשטן,
אזוי אויך דאס וואס דער נברא בלייבט עקזיסטירן און האט חיות ,איז נאר פון זיין כח .ווייל
קיין שום זאך אויף דער וועלט האט נישט קיין אייגענע מציאות ,אז זי זאל קענען עקזיסטירן
פון זיך אליין אפילו איין
רגע .נאר יעדע זאך וואס
עקזיסטירט יעצט אויף קיין שום זאך אויף דער וועלט
דער וועלט ,איז דאס בלויז האט נישט קיין אייגענע
ווייל דער אויבערשטער
וויל אין דעם יעצטיגן רגע
מציאות ,אז זי זאל קענען
אז זי זאל עקזיסטירן .דער עקזיסטירן פון זיך אליין
אויבערשטער איז אים אפילו איין רגע .נאר יעדע
מחיה און שאפט אים יעדע
צייט.
זאך וואס עקזיסטירט יעצט
אויף דער וועלט ,איז דאס
ווי עס שטייט אין פסוק
(נחמיה ט ,ו) "ואתה מחיה את
בלויז ווייל דער אויבערשטער
כולם״ ,און מען דרש'נט (עיין וויל אין דעם יעצטיגן רגע אז
ראשית חכמה שער הקדושה פרק זי זאל עקזיסטירן.
ז) :ליין נישט בלויז "מחיה״,
אז דער אויבערשטער גיבט חיות פאר די נבראים ,נאר מען לייענט דאס ווי דאס ווארט
"מהוה״ ,וואס לויט דעם באדייט דער פסוק אז דער אויבערשטער מאכט זייער גאנצע
מציאות; דאס הייסט ,אז אין יעדן רגע שאפט ער זיי נאכאמאל און מאכט אז זיי זאלן
ווייטער עקזיסטירן.
דאס איז וואס מיר זאגן" :המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית״ .דער פשט איז
נישט בלויז אז דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט אין די אנהייב טעג פון בריאת
העולם ,נאר דער אויבערשטער איז "המחדש" ,ער באנייט די בריאה ,און דאס איז "בכל יום
תמיד" ,נישט נאר יעדן טאג ,נאר שטענדיג ,יעדע צייט און יעדע רגע ,אן קיין הפסק .די
גאנצע בריאה ווערט כסדר באנייט ,און די חיות און השפעה וואס קומט פונעם אויבערשטן
הערט קיינמאל נישט אויף.
ז פרשת בראשית
און אזוי שרייבט דער הייליגער קדושת לוי זי"ע אין אונזער פרשה:
״דער כלל איז ,אז דער אויבערשטער האט אלעס באשאפן ,און ער איז אלעס ,און זיין
השפעה הערט זיך קיינמאל נישט אויף ,ווייל יעדע רגע איז ער משפיע שפע פאר זיינע
באשעפענישן און פאר אלע עולמות וכו' .דערפאר זאגן מיר ׳יוצר אור ובורא חושך׳ ,בלשון
הוה ,און נישט ׳יצר אור וברא חושך׳ ,בלשון עבר ,ווייל יעדע רגע שאפט ער ,און יעדע רגע
איז ער משפיע חיות פאר יעדע לעבעדיגע באשעפעניש ,און אלעס קומט פון אים יתברך״
קומט אויס ,אז דאס וואס דער אויבערשטער וויל אז דער נברא זאל עקזיסטירן ,איז
נישט א רצון וואס איז נאר געווען אמאל אין דער פארגאנגענהייט ,נאר דער רצון פונעם
אויבערשטן איז דאס וואס שאפט אים און גיבט אים שטענדיג חיות ,לויט ווי זיין רצון איז
יעצט.
לויט דעם פארשטייט מען ,אז ווען מיר רעדן פון "בריאת העולם" ,מיינט דאס נישט בלויז
וואס עס איז געשעהן אמאל ,אין די זעקס טעג פון בראשית ,נאר די בריאה געשעהט אויך
יעצט ,אין דעם יעצטיגן
רגע! ווען מיר רעדן פון "בריאת
דער הימל עקזיסטירט העולם" ,מיינט דאס נישט
יעצט נאר ווייל דער בלויז וואס עס איז געשעהן
אויבערשטער וויל אז ער
זאל עקזיסטירן .די ערד אמאל ,אין די זעקס טעג פון
עקזיסטירט נאר ווייל בראשית ,נאר די בריאה
דער אויבערשטער וויל אז געשעהט אויך יעצט ,אין דעם
זי זאל עקזיסטירן .יעדע
לעבעדיגע באשעפעניש יעצטיגן רגע!
באקומט איר חיות פונעם
אויבערשטן .יעדע אטעם וואס א מענטש אטעמט ,יעדע גראז וואס וואקסט ,און יעדע
באוועגונג פון יעדע באשעפעניש ,ווערט אנגעהאלטן דורך די השפעה וואס קומט פונעם
אויבערשטן.
ਪדי נתינה פון ארץ ישראל ווערט כסדר באנייט
יעצט וועט מען זייער גוט פארשטיין וואס חז"ל זאגן" :כל הארץ של הקב"ה היא ,הוא בראה
ונתנה לאשר ישר בעיניו ,ברצונו נתנה להם ,וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו".
ווייל ווען דער אויבערשטער גיבט א מתנה ,איז דאס נישט גלייך ווי ווען א מענטש גיבט א
מתנה .ביי א מענטש ,אפילו די זאכן וואס ער האט אליין געשאפן און געמאכט ,איז זייער
עולת שבת -מונקאטש ח
עצם מציאות נישט אנגעוואנדן אין אים ,און זיין גאנצע שייכות צו זיי איז נאר מצד דעם
וואס זיי זענען זיינס.
למשל ,א בעל מלאכה וואס מאכט א טיש ,איינמאל דער טיש איז פארטיג ,קען דער טיש
שטיין אין א צימער אפילו ווען דער בעל מלאכה טראכט מער קיינמאל נישט דערפון .דער
מציאות פונעם טיש איז נישט אנגעוואנדן אין זיין רצון ,נאר זיין שייכות צום טיש איז בלויז
מצד דעם וואס ער האט עס געמאכט און עס געהערט צו אים.
ווען ער גיבט זיי אוועק פאר א צווייטן ,הערט זיך אויף זיין בעלות דערויף ,און עס ווערט
דער אייגנטום פונעם מקבל.
ביים אויבערשטן איז אבער אנדערש" .כל הארץ של הקב"ה היא״ -די גאנצע וועלט געהערט
צום אויבערשטן ,נישט נאר מצד דעם וואס די וועלט איז זיינס ,נאר ווייל "הוא בראה״ -ער
האט עס באשאפן; זיין רצון
איז דאס וואס שאפט עס
און גיבט עס שטענדיג איר "כל הארץ של הקב"ה היא״ -
חיות. די גאנצע וועלט געהערט צום
די בערג און טאלן ,די ערד אויבערשטן ,נישט נאר מצד
און דער רעגן ,און יעדע דעם וואס די וועלט איז זיינס,
איינציגסטע ברעקל ערד,
עקזיסטירן יעצט נאר ווייל
נאר ווייל "הוא בראה״ -ער
דער אויבערשטער וויל אין האט עס באשאפן; זיין רצון
דעם יעצטיגן רגע אז זיי איז דאס וואס שאפט עס און
זאלן עקזיסטירן.
גיבט עס שטענדיג איר חיות.
דעריבער ,ווען "ברצונו נתנה
להם״ -מיט זיין רצון האט ער זי געגעבן פאר זיי ,מיינט דאס נישט אז ער האט זיי געגעבן
א זאך וואס איז געווען זיינס ,און פון דעמאלט האט זיך זיין בעלות דערפון אפגעטוהן און
עס איז געווארן זייער אייגנטום .נאר דער גאנצער מציאות און חיות פון דער ערד איז אין
יענער צייט געווען לויטן רצון פונעם אויבערשטן.
דאס הייסט ,אז דער רצון פונעם אויבערשטן איז דעמאלט געווען ,אז די ערד און אלעס
וואס איז דערויף זאל עקזיסטירן אונטער דער ממשלה פון די זיבן פעלקער ,און דערפאר
האט ער עס אין יענער צייט אזוי באשאפן.
און ווען "ברצונו נטלה מהם ונתנה לנו״ -מיט זיין רצון האט ער עס פון זיי אוועקגענומען
און געגעבן פאר אונז ,איז די ערד ,וואס ווערט באנייט יעדע צייט און יעדע רגע ,יעצט
באשאפן לויטן רצון פונעם אויבערשטן ,אז עס זאל זיין די נחלה פון די אידן.
ט פרשת בראשית
קומט אויס ,אז עס איז בכלל נישט קיין סתירה צווישן "נתנה להם״ און "נתנה לנו״ .ווייל
דער אויבערשטער האט נישט אוועקגעגעבן די ערד ,און דערנאך צוריקגענומען א זאך
וואס געהערט שוין פאר א צווייטן ,נאר דער אויבערשטער איז שטענדיג דער איינציגסטער
בעל הבית און דער מקור פון דער גאנצער מציאות .און זיין רצון באשטימט כסדר דעם
מציאות פון דער ערד ,פאר וועלכן צוועק זי זאל זיין ,און פאר וועמען זי זאל זיין געגעבן
אין יענער צייט.
דעריבער איז דאס נישט קיין צוריקנעמען א מתנה אזוי ווי ביי א מענטש ,נאר דער רצון
פונעם אויבערשטן איז וואס גיבט די מתנה ,און באנייט די נתינה כסדר.
דאס איז וואס עס שטייט ביי ארץ ישראל (במדבר יג ,ב)" :אשר אני נותן לבני ישראל״" ,נותן"
בלשון הוה .דאס קומט אונז צו לערנען ,אז דאס געבן ארץ ישראל פאר די אידן איז נישט
עפעס וואס איז נאר געשען אמאל אין דער פארגאנגענהייט ,נאר דאס איז א נתינה וואס
גייט שטענדיג ווייטער
מכח דעם רצון פונעם
אויבערשטן.
דאס געבן ארץ ישראל פאר
די אידן איז נישט עפעס וואס
און אויף דעם זעלבן אופן
דרש'נט די מכילתא (בא
איז נאר געשען אמאל אין דער
מסכתא דפסחא יח) אויפן פסוק פארגאנגענהייט ,נאר דאס איז
(שמות יג ,א) "אל ארץ הכנעני
כאשר נשבע וגו' ונתנה לך":
א נתינה וואס גייט שטענדיג
"שלא תהא כירושת אבות, ווייטער מכח דעם רצון פונעם
אלא תהא בעיניך כאילו אויבערשטן.
היום נתונה לך״ -עס זאל
ביי דיר נישט זיין אזוי ווי א ירושה פון די אבות ,נאר עס זאל זיין אין דיינע אויגן כאילו מען
האט דיר דאס היינט געגעבן.
ווייל ארץ ישראל איז א מתנה פונעם אויבערשטן ,וואס ווערט שטענדיג באנייט לויט זיין
רצון יתברך.
ਪמען דארף אנהויבן פון ׳בראשית׳
יעצט קען מען פארשטיין פארוואס דער אויבערשטער האט אנגעהויבן די תורה מיט
"בראשית״ ,און נישט אנגעהויבן מיט "החודש הזה לכם״ ,וואס איז די ערשטע מצוה וואס
די אידן זענען באפוילן געווארן.
ווייל אין דער דאזיגער ערשטער מצוה אליין ווערט אנטפלעקט א גרויסער יסוד ,וואס
ווייזט דעם באזונדערן כח וואס דער אויבערשטער האט איבערגעגעבן פאר כלל ישראל.
עולת שבת -מונקאטש י
ווייל מיר טרעפן ביי די מצוה אליין דעם כח וואס איז געגעבן געווארן פאר די אידן אין פירן
דעם סדר פון דער בריאה .חז"ל זאגן (ראש השנה כה ,א) אויפן פסוק (ויקרא כג ,ד) "אשר תקראו
אֹתם"" :אתם אפילו שוגגין ,אתם אפילו מזידין ,אתם אפילו מוטעין״ .ווייל קידוש החודש און
דאס באשטימען די מועדים איז איבערגעגעבן געווארן אין די הענט פון בית דין פון די אידן.
דאס הייסט ,אז ווען בית דין איז מקדש דעם נייעם חודש ,הייבט זיך אן דער נייער חודש.
און לויט ווי בית דין באשטימט דעם טאג ,ווערט באשטימט אויף וועלכן טאג עס זאל
אויספאלן פסח ,און ווען עס זאל זיך אנהייבן און ענדיגן דאס יאר .און דאס איז אפילו ווען
בית דין האט זיך טועה געווען ,אדער אפילו ווען זיי האבן דאס געטוהן במזיד ,ווייל דער
אויבערשטער האט איבערגעגעבן דעם כח פון קביעות הזמנים אין זייערע הענט.
קומט אויס ,אז די אידן פירן זיך נישט בלויז לויט דעם סדר פון די זמנים וואס איז באשטימט
געווארן אין דער בריאה ,נאר דער אויבערשטער האט איבערגעגעבן אין זייערע הענט דעם
כח צו באשטימען דעם סדר פון די זמנים ,לויט וועלכן די וועלט פירט זיך.
און דאס איז אויך אריינגערעכנט אין "כח מעשיו הגיד לעמו״ -דער אויבערשטער האט
אנטפלעקט פאר די אידן ,אז דאס פירן די בריאה איז איבערגעגעבן געווארן אין זייערע
הענט ,ווייל אזוי איז זיין רצון יתברך ,אז די וועלט זאל זיך פירן לויט ווי די אידן באשטימען.
ווייל דער אויבערשטער
האט אנטפלעקט פאר די
"בראשית" איז נישט בלויז אן
אידן ,אז די גאנצע וועלט הקדמה צום סיפור פון בריאת
ווערט כסדר באשאפן לויט העולם ,נאר דאס אנטפלעקט
זיין רצון ,און א חלק פון דעם
רצון איז ,אז די אידן זאלן דעם יסוד אויף וועלכן די
האבן דעם כח צו באשטימען ערשטע מצוה שטייט :די גאנצע
די זמנים פון דער וועלט. בריאה ווערט באשאפן און
לויט דעם פארשטייט מען האלט זיך נאר דורך דעם רצון
זייער גוט פארוואס די תורה
האט געדארפט אנהייבן
פונעם אויבערשטן ,און מיט
מיט "בראשית״ נאך פאר דעם רצון האט ער איבערגעגעבן
"החודש הזה לכם״ .ווייל פאר די אידן א כח אין פירן די
"בראשית״ איז נישט בלויז
אן הקדמה צום סיפור פון
בריאה און אין באשטימען דעם
בריאת העולם ,נאר דאס סדר פון די זמנים.
אנטפלעקט דעם יסוד אויף
וועלכן די ערשטע מצוה שטייט :די גאנצע בריאה ווערט באשאפן און האלט זיך נאר דורך
דעם רצון פונעם אויבערשטן ,און מיט דעם רצון האט ער איבערגעגעבן פאר די אידן א כח
אין פירן די בריאה און אין באשטימען דעם סדר פון די זמנים.
אי פרשת בראשית
ਪניעוץ סוף התורה לתחילתה
אויף דעם זעלבן אופן קען מען אויך ערקלערן ווי דער סוף פון דער תורה איז פארבונדן
מיט איר אנהייב .ביים סוף פון דער תורה (דברים לד ,יב) שטייט" :ולכל המורא הגדול אשר
עשה משה לעיני כל ישראל״ ,און רש"י טייטשט" :ולכל המורא הגדול – שנעשו במדבר
הגדול והנורא".
קען מען זאגן ,אז דאס וואס די תורה ענדיגט זיך מיט די נסים און נפלאות וואס משה
רבינו האט געטוהן פאר די אויגן פון גאנץ כלל ישראל ,קען מען פארשטיין לויט ווי עס איז
ערקלערט געווארן ביים אנהייב פון דער תורה ,ביי "בראשית ברא אלקים״ ,און אינעם ענין
פון "כח מעשיו הגיד לעמו".
דאס הייסט ,אז די אלע נסים און נפלאות וואס זענען געטוהן געווארן דורך משה רבינו ,זענען
געשען דורך דעם זעלבן כח
וואס דער אויבערשטער
האט איבערגעגעבן פאר
דער גאנצער טבע איז באמת
די אידן ,אז זיי זאלן קענען נאר דער רצון פונעם בורא
פועל'ן אין דער וועלט לויט
זיין רצון יתברך.
עולם ,וואס שאפט און פירט
די בריאה יעדע רגע .און
ווייל די נסים און נפלאות
זענען נישט בלויז געווען
דער אויבערשטער האט
אויסערגעווענליכע זאכן, איבערגעגעבן פאר משה רבינו
וואס האבן געטוישט דעם
געווענליכן סדר הטבע ,נאר
און פאר כלל ישראל דעם כח
זיי האבן אנטפלעקט דעם צו אנטפלעקן זיין רצון אין
יסוד ,אז דער גאנצער טבע דער וועלט.
איז באמת נאר דער רצון
פונעם בורא עולם ,וואס שאפט און פירט די בריאה יעדע רגע .און דער אויבערשטער האט
איבערגעגעבן פאר משה רבינו און פאר כלל ישראל דעם כח צו אנטפלעקן זיין רצון אין
דער וועלט.
ਪארץ ישראל – א ׳נחלה בלי מצרים׳
לויט דעם וואס מיר האבן געזאגט ,וועט מען פארשטיין וואס חז"ל זאגן (שבת קיח ,א):
"המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים״ -ווער עס איז מענג דעם שבת ,גיבט מען
אים א נחלה אן קיין גרעניצן.
עולת שבת -מונקאטש בי
לכאורה דארף מען פארשטיין ,פארוואס איז דער שכר פון עונג שבת דווקא א נחלה ,און
וואס איז דער ענין פון א נחלה וואס האט נישט קיין גרעניצן?
קען מען זאגן ,אז די נחלה איז ארץ ישראל ,וואס ווערט אנגערופן (דניאל יא ,טז) "ארץ הצבי״.
און חז"ל דרש'נען (גיטין נז ,א)" :מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו ,כך ארץ ישראל ,בזמן
שיושבין עליה היא מתרחבת״ -פונקט ווי ביי א הערש ,נאכדעם וואס מען נעמט אראפ
זיין הויט ,ציט זיך די הויט איין און קען שוין נישט צוריק ארייננעמען זיין אייגענע גאנצע
פלייש ,אזוי אויך ארץ ישראל :ווען די אידן וואוינען נישט דערויף ,זעט עס אויס קלענער,
אבער ווען די אידן וואוינען אין ארץ ישראל ,ווערט עס פארברייטערט און עס איז דא
פלאץ פאר זיי.
אזוי אויך זאגן חז"ל (עיין ספרי דברים א ,א) ,אז לעתיד וועט ארץ ישראל זיך אויסשפרייטן
איבער אלע לענדער .דעריבער איז דא אין ארץ ישראל א בחינה פון "נחלה בלי מצרים״ -א
נחלה אן קיין גרעניצן.
און דער וואס איז מענג דעם שבת ,איז דערמיט מעיד אויף בריאת העולם ,און אויף דעם
תכלית פון בריאת העולם ,אז די וועלט איז באשאפן געווארן צוליב די אידן .דערפאר זאגן
חז"ל (בראשית רבה פי"א ח)" :אמר הקב"ה לשבת :כנסת ישראל בן זוגך״ -דער אויבערשטער
האט געזאגט צום שבת:
כנסת ישראל איז דיין בן שבת קודש איז דער טאג
זוג .און אין זוהר (חלק ב ,סג,
ב) שטייט ,אז כנסת ישראל וואס ווייזט אונז ,אז די
אליין ווערט אנגערופן שבת גאנצע בריאה האט א העכערן
ווייל שבת קודש איז דער תכלית ,העכער פון דער
טאג וואס ווייזט אונז ,אז גשמיות'דיגער וועלט ,און אז
די גאנצע בריאה האט א
העכערן תכלית ,העכער
די וועלט איז באשאפן געווארן
פון דער גשמיות'דיגער צוליב דעם רצון פונעם
וועלט ,און אז די וועלט אויבערשטן.
איז באשאפן געווארן צוליב
דעם רצון פונעם אויבערשטן .און דעריבער זענען שבת קודש און כלל ישראל אזוי שטארק
פארבונדן איינער מיטן צווייטן ,ווייל דורך שבת ווערט אנטפלעקט דער תכלית פון דער
בריאה ,וואס איז צוליב כלל ישראל.
דערפאר זאגן חז"ל" :המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי מצרים״ -מדה כנגד מדה.
פונקט ווי דורך דעם עונג שבת אנטפלעקט ער ,אז די וועלט איז באשאפן געווארן מיטן
רצון פונעם אויבערשטן צוליב די אידן ,און דערמיט ווערט בטל די טענה פון די אומות
העולם "ליסטים אתם״ -עטס זענטס גזלנים ,אזוי גיבט מען אים א "נחלה בלי מצרים״,
וואס דאס איז ארץ ישראל.
גי פרשת בראשית
ווייל ווען די אומות העולם קומען מיט דער טענה ,אז די אידן האבן אוועקגענומען א
לאנד וואס געהערט נישט צו זיי ,איז דער ענטפער אויף דעם נישט בלויז מיט א ראיה
פון דער געשיכטע ,נאר מיט
דעם יסוד פון "בראשית ברא
אלקים״.
ווען א איד זיצט ביי זיין שבת
טיש ,ער מאכט קידוש ,זינגט
ווען א איד זיצט ביי זיין
שבת טיש ,ער מאכט זמירות און איז זיך מענג מיט
קידוש ,זינגט זמירות און דער קדושה פונעם שבת ,איז
איז זיך מענג מיט דער
קדושה פונעם שבת ,איז ער
ער דערמיט מעיד אויף דעם
דערמיט מעיד אויף דעם אמת ,אז די גאנצע וועלט
אמת ,אז די גאנצע וועלט געהערט צום אויבערשטן .ער
געהערט צום אויבערשטן.
ער דערקענט אז גארנישט דערקענט אז גארנישט אויף
אויף דער וועלט געהערט דער וועלט געהערט נישט
נישט באמת צום מענטש
מצד זיך אליין ,נאר אלעס
באמת צום מענטש מצד זיך
איז פונעם אויבערשטן. אליין ,נאר אלעס איז פונעם
און דער אויבערשטער ,וואס
אויבערשטן.
שאפט די גאנצע וועלט
יעדע רגע פונדאסניי ,איז דער וואס גיבט ארץ ישראל פאר זיינע קינדער ,די אידן.
ווען מיר הייבן יעצט אן די תורה פונדאסניי ,זאלן מיר זוכה זיין צו דערקענען ,אז אלע גוטע
זאכן און ברכות וואס מיר האבן אין אונזער לעבן זענען נישט זאכן וואס מיר האבן שוין
באקומען אמאל און זענען געווארן אונזערע אייגענע ,נאר זיי זענען טייערע מתנות וואס
דער אויבערשטער גיבט אונז כסדר פונדאסניי ,יעדע צייט און יעדע רגע.
און אזוי ווי דער אויבערשטער האט אונז דערהאלטן במשך אלע דורות אין די שווערע צייטן
פונעם גלות ,זאלן מיר זוכה זיין אז שוין היינט זאל ער אונז באנייען אלס א אויסגעלייזט
פאלק ,און אונז ארויפפירן קיין ציון ברנה ,מיט א שמחת עולם על ראשינו ,בביאת בן דוד
במהרה בימינו ,ברוב רחמיו וחסדיו.
עולת שבת -מונקאטש די
וט פרשת בראשית
נקודות למעשה בעבודת ד'
היוצאות מן המאמר:
•להכיר בכל רגע שהבריאה מתחדשת ברצונו
יתברך.
•לראות את ארץ ישראל כמתנה הנתונה עתה
מחדש מאת השי"ת ,ולא רק כמתנה שניתנה
לפנים.
•לקדש את הזמן כראוי ,מתוך הכרה ש"כח
מעשיו הגיד לעמו" ,ומסר לישראל כח
בקביעת הזמנים והמועדות.
•בעונג שבת להתחזק באמונה בחידוש
הבריאה ,שהקב"ה מחדש בטובו בכל עת את
מעשה בראשית בשביל ישראל עמו.
•לזכור שעונג שבת קשור לנחלת ארץ ישראל,
שעל ידי העדות על חידוש הבריאה מתבטלת
טענת "ליסטים אתם" ,וזוכים ל"נחלה בלי
מצרים"
עולת שבת -מונקאטש זט
