gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

אמן ואמן - אידיש · Umein Vumein - Yiddish — שמיני עצרת - שמחת תורה (2026-09-28)

מוציא לאור: אמן ואמן - אידיש · Umein Vumein - Yiddish

שבוע: שמיני עצרת - שמחת תורה (2026-09-28)

אמן ואמן - אידיש · Umein Vumein - Yiddish — שמיני עצרת - שמחת תורה (2026-09-28)

פתח את ה-PDF הורדה

‫בעזהשי"ת‬ ‫גליון מיוחד‬ ‫לקראת‬‫גליון‬ ‫תשרי‬ ‫ֵמן‬ ‫ָא ֵ‬ ‫ֵמןְוְ ָ‬ ‫ָא ֵ‬ ‫ָ‬ ‫"הושענא‬ ‫רל"א‬ ‫תשפ"ז‬ ‫רבא"‬ ‫גליון חודשי בגודל מעלת עניית "אמן" ו"אמן‪ .‬יהא שמיה רבא"‬ ‫וקדושת בית המדרש‬ ‫דער קשר צווישן‬ ‫"אמן יהא שמיה רבא"‬ ‫און דעם גרויסן און הייליגן טאג‬ ‫"הושענא רבא"‬ ‫אום הושענא רבא געפאלט אויס דער יארצייט פון הרה"ק רבי דוד משה מטשאטקאב זי"ע‪ ,‬ער פלעגט‬ ‫ערקלערן פארוואס עס איז איינגעווארצלט געווארן ביי כלל ישראל אנצורופן דעם דערהויבענעם טאג‬ ‫"הושענא רבא"‪ ,‬האט ער ערקלערט‪ ,‬אז וויבאלד אין דעם דאזיגן טאג ווערט געענדיגט דער דין פון די ימים‬ ‫הנוראים‪ ,‬און אידישע קינדער דארפן דאן אנקומען צו אסאך רחמי שמים‪ ,‬דערפאר ברענגען די מלאכים‬ ‫אנגעפילטע וועגענער פון "אמן יהא שמיה רבא'ס" וואס דאס זאל מליץ טוב זיין אויף אידישע קינדער‪ ,‬ווייל‬ ‫רבי יהושע בן לוי האט דאך געזאגט (שבת קיט‪" ):‬כל העונה אמן יהא שמיה רבא מברך בכל כחו ‪ -‬קורעין לו‬ ‫גזר דינו" [און אין 'נתיבות עולם' פונעם מהר"ל (נתיב העבודה פרק יא) שטייט‪ ,‬אז דאס גייט אויך ארויף אויפן‬ ‫'נאכ'ן פארזיגלען דעם דין‪ ,‬ווייל שטענדיג קען מען צערייסן די גזירה דורכ'ן ענטפערן "אמן יהא שמיה רבא"]‪,‬‬ ‫און רבי יוחנן זאגט "אפילו שמץ של עבודה זרה מוחלין לו"‪ ,‬און דאס איז פשט אין "הושענא רבא" ‪ -‬מען איז‬ ‫זוכה צו א גאולה און א ישועה דורך "רבא"‪ ,‬וואס דאס איז "אמן שמיה רבא"‪.‬‬ ‫אין ספר "אור לשמים" (פרשת בלק) שטייט א רמז אויפן פסוק (במדבר כד‪ ,‬יח) "והיה אדום ירשה"‪ ,‬עס איז‬ ‫באוואוסט אז 'אדום' צייגט אויף מידת הדין‪ ,‬דער תורה איז מרמז אז כדי ממתיק צו זיין דינים זאל ער מקיים זיין‬ ‫דאס וואס איז מרומז אינעם ווארט "ירשה"‪ ,‬וועלכער איז ר"ת י'הא ש'מיה ר'ב'ה‪ ,‬וואס דורך דעם כח קען מען מבטל‬ ‫זיין אלע דינים!‬ ‫א שיינער רמז זאגט מרן הבעש"ט הק' זי"ע אויפן פסוק (תהלים סה‪ ,‬ה) "אשר תבחר ותקרב ישכון חצריך‪ ,‬נשבעה‬ ‫בטוב ביתך קדוש היכלך"‪ ,‬זאגט ער אז אויבן אין הימל זענען פארהאן פארשידענע בחינות איינס העכער'ן צווייטן‪,‬‬ ‫קודם איז דא א דרויסנדיגער הויף‪ ,‬אינעווייניג א הויז‪ ,‬און אינעם הויז א היכל‪ ,‬אזוי אויך איז פארהאן א דרגה פון "ישכון"‬ ‫וואו דער שכינה רוהט‪ ,‬און עס איז דא א דרגה פון "נשבעה" וועלכער איז נאך העכער‪ ,‬און דאס טוט דוד המלך‬ ‫מרמז זיין אין זיינע געזאנגען‪" :‬אשרי תבחר" אויב א מענטש וועלט אויס אינעם "אשרי" וואס איז מרמז אויף א'מן‬ ‫י'הא ש'מיה ר'בא‪ ,‬דאן "ותקרב" ‪ -‬קען ער דערנענטערט ווערן צו אט די אלע דערהויבענע מדריגות "ישכון חצריך‪,‬‬ ‫נשבעה בטוב ביתך קדוש היכלך"‪ ,‬וואויל איז דער וואס איז זוכה דערצו!‬ ‫אינמיטן די שרעקליכער צווייטער וועלט קריג‪ ,‬האבן אסאך ירושלימ'ער אידן נתעורר געווארן צו ענטפערן‬ ‫"אמן יהא שמיה רבא" בקול ובכוונה פארן זכות פון די אידן אין אייראפע און כדי זעלבסט געראטעוועט צו‬ ‫ווערן פונעם דייטש‪ ,‬און ווען דער גענעראל דער רשע "ראמעל" ימ"ש איז שוין געווען אונטערוועגנס פון‬ ‫מצרים כדי איינצונעמען ארץ ישראל‪ ,‬האבן די איינוואוינער אין ארץ ישראל זיך זייער דערשראקן‬ ‫פונעם גרויסן סכנה‪ ,‬און בדרך נס האבן זיי פליצלונג צוריקגעצויגן און נישט אטאקירט ארץ‬ ‫ישראל‪ .‬האט דאן געזאגט הרה"ק רבי שלומ'קע זוועהילער זי"ע פאר זיין משמש החסיד‬ ‫רבי אליהו ראטה ז"ל "איך האב געשפירט אז די רשעים וועלן נישט אטאקירן ארץ‬ ‫ישראל‪ ,‬ווייל זיי האבן זיך דאך מחזק געווען אין ענטפערן 'אמן יהא שמיה רבא'‪ ,"....‬אין‬ ‫יעדן מצב איז דער איינציגסטער כח פון די אידן אין זייער מויל‪ ,‬דעריבער איז א גוטע‬ ‫און וואונדערליכער עצה זיך מחזק צו זיין אין דעם ענין כדי צו צערייסן אונזער גזר דין‪.‬‬ ‫("באר החיים" ‪ -‬ירח האיתנים דף שכ"ג‪ ,‬מפי המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידרמן שליט"א)‬ ‫לעילוי נשמת הרה"ק רבי ישראל מאיר בן הרב רבי אריה זאב זצ"ל בעל החפץ חיים‬ ‫להשיג הגליונות היו"ל מדי חודש בחודשו‬ ‫ולע״נ הרה״ק רבי משולם פייש בן רבי מרדכי זי״ע‪ ,‬אבד״ק טאהש‬ ‫‪718-305-6886 | Umein.Vumein@gmail.com | www.UmeinVumein.org‬‬ ‫ולע"נ הרה"ק רבי חיים זאנוויל בן הר"ר משה זצ"ל‪ ,‬האדמו"ר מריבניץ‬