אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — נח (2026-10-12)

קונטרס
אמרי מנחם
דברי תורה וסיפורי קודש
מאת כבוד קדושת מרן
רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע
אדמו"ר משינאווא
נח
גליון קס"ב -שנה ד' -שנת תשפ"ז לפ"ק
· אידיש ·
יו"ל ע"י
כל הזכויות שמורות
בס"ד
להערות והארות:
845.459.5954
zy
לקבלת הקונטרס מדי שבוע:
mechonshinova@gmail.com
צו הערן די
דברי כיבושין והתחזקות
רופט 718-400-7790
מודעה חשובה
מי שרוצה ליקח חלק
בההוצאות הגליונות
לרגל שמחה משפחתית ,יארצייט ,וכדו'
נא לפנות אל המכון.
אמרי מנחם /נח
וַ ִ ּי ַמח ֶאת ּ ָכל ַהיְ קוּם ֲא ׁ ֶשר ַעל ּ ְפנֵ י ָה ֲא ָד ָמה
ש וְ ַעד עוֹף ַה ּׁ ָש ַמיִ ם ֵמ ָא ָדם ַעד ְּב ֵה ָמה ַעד ֶר ֶמ ׂ
וַ ִ ּי ָּמח ּו ִמן ָה ָא ֶרץ וַ ִ ּי ּׁ ָש ֶאר ַא ְך נ ַֹח וַ ֲא ׁ ֶשר ִא ּת ֹו ַּב ֵּת ָבה.
די גמרא (סנהדרין מט ).זאגט א כלל אז יעדער 'אך ורק' איז א א)
'מיעוט' ,דאס הייסט ,אז די תורה וויל דא ממעט זיין אז 'בלויז'
נח איז געבליבן אבער עפעס אנדערש נישט .לכאורה ,האט דאך דער
פסוק שוין דא אויסגערעכנט אלע ברואים וואס זענען געווארן
אויסגעמעקט ,און וואס דארף מען זיי נאכאמאל ממעט זיין? אויך
איז איבריג דער אויספיר 'ואשר אתו בתבה' ,עס וואלט געווען גענוג
צו זאגן 'ואשר אתו' ,און מיר ווייסן שוין אז נח איז געווען אין דער
תבה?
ׁ ֹ ֹ
ב) וַ ִ ּי ְהי ּו ְבנֵ י נ ַח ַה ּי ְצ ִאים ִמן ַה ּ ֵת ָבה ֵשם וְ ָחם וָ יָ ֶפת וְ ָחם ה ּוא ֲא ִבי ְכנָ ַען.
רש"י שטעלט זיך פארוואס זאגט ער דא אז 'חם' איז דער
טאטע פון כנען ,שפעטער איז דאך דא א גאנצע פרשה וואו ער
רעכנט אויס בפרטיות די קינדער און אייניקלעך פון יפת ,פון שם און
פון חם? אויך דער אבן עזרא דער רמב"ן און דער חזקוני האבן
פארשידענע מהלכים דערין .מען קען אפשר זאגן אויף נאך אן אופן.
ֹ ׁ ׁ
לשה ֵא ֶ ּלה ְ ּבנֵ י נ ַח ּו ֵמ ֵא ֶ ּלה נָ ְפ ָצה ָכל ָה ָא ֶרץ" – לכאורה איז דער ג) ְ
"ש ָ
גאנצער פסוק איבריג ,ער האט דאך שוין אינעם
פריערדיגן פסוק אויסגערעכנט די דריי בני נח? און אויך ווייסן מיר
אליינס אז נאכן מבול האט זיך די גאנצע וועלט צושפרייט פון די דריי
קינדער ,ווייל עס איז דאך נישט געווען קיינער אויסער זיי?
ד) דער מדרש זאגט (ב"ר לו ,ב)" :שלשה אלה בני נח ומאלה נפצה כל
הארץ -למה הדבר דומה לדגה גדולה דנפצה עוברה ומלאה
ארעא" – עס איז א משל צו א גרויסן פיש וואס ער האט אויסגעליידיגט
ג אלע זיינע אייער ,און דער גאנצער ים איז געווארן פול מיט פיש.
לכאורה ,וואס האט דא דער מדרש מוסיף געווען מיטן משל מער ווי
וואס מען זעט אינעם נמשל – אז פון די דריי קינדער איז געווארן
אנגעפילט די וועלט מיט מענטשן?
אמרי מנחם /נח
ה) דער מדרש זאגט (ב"ר לד ,א)" :וידבר אלקים אל נח לאמר צא מן
ׁ ֹ ֹ ׁ ֹ
יאה ִמ ַּמ ְס ֵ ּגר נַ ְפ ִשי ְלהודות ֶאת ְש ֶמ ָך ִ ּבי יַ ְכ ּ ִתר ּו
התיבה – הו ִצ ָ
ֹ
יקים ִּכי ִת ְגמל ָע ָלי ,הוציאה ממסגר נפשי -זה נח שהיה סגור ַצ ִ ּד ִ
בתיבה י"ב חודש ,להודות את שמך -לתת הודיה לשמך ,בי יכתירו
צדיקים -יתכללון בי צדיקיא ,כי תגמול עלי -שגמלת עלי ואמרת לי
צא מן התיבה" – נח דאנקט דא דעם אייבערשטן אז ער האט אים
ארויסגענומען פון דער תבה ,און ער לייגט צו ,אז אויך די צדיקים
וועלן זיך 'מתכלל' זיין מיט אים .די מפרשי המדרש לערנען פשט ,אז
דאס איז פון לשון 'כליל תפארת' – א קרוין ,אז די צדיקים וועלן
קרוינען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט ארויסגענומען
נח'ן פון דער תבה .אבער דאס ווארט 'יתכללון' בפשטות איז א לשון
פון 'נכלל' ווערן .דארף מען פארשטיין פשט?
ֹ
ו) דער מדרש זאגט (ב"ר לד ,ו)" :כתיב (קהלת ג ,א) ַל ּכל זְ ָמן וְ ֵעת ְל ָכל ֵח ֶפץ
ׁ
ּ ַת ַחת ַה ּ ָש ָמיִ ם ,זמן היה לנח ליכנס לתיבה שנאמר בא אתה וכל
ביתך אל התיבה ,וזמן היה לו שיצא ממנה שנאמר צא מן התבה" – עס
איז געווען א באשטימטער צייט ווען נח זאל אריינגיין אין דער תבה
און ווען ער זאל ארויסקומען פון דער תבה .לכאורה ,אין די פסוקים
זעט אויס ,אז די גאנצע סיבה פארוואס נח האט געדארפט אריינגיין
אין דער תבה איז נאר געווען כדי ער זאל נישט שטארבן פונעם
מבול ,און ווי נאר עס איז געווארן טרוקן אינדרויסן האט אים דער
אייבערשטער געהייסן ארויסגיין ,און דא אין מדרש זעט אויס אז
דאס עצם זיין אין דער תבה האט געהאט א באזונדערן מכוון פאר
זיך ,וואס ער האט געמוזט דארט זיין ביז א געוויסן זמן .דארף מען
פארשטיין דעם ענין?
בפשטות איז 'זכות אבות' אן ענין פון 'שכר צדיקים' אדער 'זכותים' וואס די קינדער זענען נהנה
דערפון
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .עס איז באקאנט מפי ספרים וסופרים
ד
די גרויסע מעלה פון 'זכות אבות'; ווי מען דערמאנט דאס כסדר
ביי אלע תפלות .בפשטות לערנט מען ,אז דאס איז אן ענין פון 'שכר'
וואס מען באצאלט פארן צדיק אז ער זאל האבן ערליכע דורות ,און
עס איז אויך אן ענין פון 'זכותים' ,וואס דער זכות פונעם צדיק שטייט
אמרי מנחם /נח
ביי פאר זיינע דורות ,אז זיי זאלן קענען דינען דעם אייבערשטן און
גיין אין די דרכי אבות.
זכות אבות איז טיפער – די אבות האבן מקדש געווען אלע יו"ח עד סוף כל הדורות
אבער דער זרע קודש (פרשתן ד"ה נחא) זאגט א גרויסן חידוש אין
דעם ,אז דער ענין פון 'זכות אבות' איז אסאך א טיפערער ענין,
ווייל דער צדיק דינט דעם אויבערשטן מיט אלע זיינע כוחות וואס
ער האט אין זיך – וואס אין דעם איז נכלל אלע זיינע דורות וואס
וועלן ארויסקומען פון אים ,ממילא קומט אויס ,אז די קינדער און
אייניקלעך זענען שוין געווען נכלל אינעם עבודת ה' פונעם צדיק!
דער צדיק האט זיי שוין מקדש געווען מיט זיין הייליגע עבודה וואס
ער האט געטון בחיים חיותו! ממילא ,שפעטער ווען זיי ווערן געבוירן
אויף דער וועלט און ווילן דינען דעם אייבערשטן – איז זיי שוין אסאך
לייכטער צו צושטעלן א שלימות'דיגע עבודה און קבלת עול מלכות
שמים ,וויבאלד דער צדיק האט שוין אויסגעטרעטן דעם וועג פאר
זיי.
די רשעים זענען מטמא אלע יו"ח עד סוף כל הדורות
לכאורה קומט אויס ,אז הוא הדין אויף פארקערט רחמנא ליצלן ,אז
ווען איינער איז א רשע וועלכער טוט נגד התורה און איז
מכעיס דעם אייבערשטן – טוט ער דאס מיט אלע זיינע כוחות וואס
ער האט אין זיך ,וואס דאס נעמט אריין אלע זיינע יוצאי ירכו ,און
דורכדעם איז ער גורם אז אלע זיינע קינדער און אייניקלעך ווערן
נעבעך פארשמירט מיט דעם זוהמא ,ווייל זיי האבן דאך אויך געהאט
א חלק אינעם חטא ,ממילא ,שפעטער ווען זיי קומען אויף דער
וועלט ציהט זיי צו רע רח"ל ,ווייל דער כח הרע פון די אלע עבירות
ה וזל"ק" :נח איש צדיק תמים היה בדורותיו כו' .עיין באלשיך שהקשה למה לא א
כתיב בדורו ,כמו שאמרו חז"ל (תנחומא נח ,ה) אילו היה בדורו של אברהם אבינו
ע"ה כו' .וי"ל כי דרך הצדיקים לעבדו יתברך בכל כוחותם הנכללים בהם שהם
יוצאי יריכם ,כמו שנאמר (שמות א ,ה) יוצאי ירך יעקב כו' ,ולכל הנכללים בו
פועל בקבלתו עול מלכות שמים ,שאחר כך בהיותם בפרטיות יקבלו גם כן
עול מלכות שמים בשלימות ,ובנח היו נכללים כל ישראל שממנו נבנה העולם,
ותמצא רמז שהר"ת של נ'ח א'יש צ'דיק ת'מים ,גימטריא ישרא"ל ,וזהו שנאמר
שהיה צדיק תמים [בדורותיו] ,בכל דורותיו שנכללים בו".
אמרי מנחם /נח
ליגט אין זיי ,און עס איז זיי שווער צו דינען דעם אויבערשטן מיט א
ריינקייט.
ווען נישט דער מבול וואלט נישט געקענט זיין קיין כלל ישראל – מגודל הזוהמא
דער זרע קודש זאגט (פרשתן ד"ה וידבר אלקיםב) ,אז 'מבול' איז גימטריא
'חסדו' ,ווייל עס איז געווען א גרויסער חסד אז דער אייבערשטער
האט מאבד געווען די רשעים פון דער וועלט ,ווייל עס וואלט נישט
געקענט זיין קיין כלל ישראל און קיין אברהם אבינו – טאמער וואלט
געווען אויף דער וועלט אזא געפערליכע טומאה ווי דער דור המבול.
און ער לייגט צו ,אז מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויפן חסד
הגדול וואס ער האט געברענגט א מבול .און אינ'אמת'ן האט זיך דער
רע און טומאה נישט אנגעהויבן בלויז אינעם דור המבול ,נאר דאס
האט זיך שוין אנגעהויבן אסאך פריער ,ווייל די אלע 'עשרה דורות
מאדם עד נח' האבן מכעיס געווען דעם אייבערשטן; ווי די משנה
זאגט (אבות ה ,ב)" :שכל הדורות היו מכעיסין ובאין עד שהביא עליהם
את מי המבול" ,עס איז געגאנגען נידריגער און נידריגער מדור לדור,
ביזן דור המבול ווען עס איז אנגעקומען צום גרעסטן ירידה ,און
דעמאלט האט זיי דער אייבערשטער אויסגעמעקט און אנגעהויבן א
נייע וועלט פון פריש.
וויאזוי קען זיין א כלל ישראל וואס שטאמט פון די 'עשרה דורות מאדם עד נח'?
אבער לכאורה איז שווער ,אין הכי נמי מען האט טאקע אויסגעמעקט
די רשעים פון דער וועלט ,אבער נח מיט זיינע קינדער זענען
דאך געווען אייניקלעך פון די 'עשרה דורות' ,און לויט ווי מען רעדט
וזל"ק" :ריבוי השמן מכבה הנר ,כן בבריאת העולמות ,אותן העולמות שקבלו ב
שפע יותר מהראוי לכוחם לא יכלו לסבול ,ואמר השי"ת (ב"ר ג ,ז) דין לא הניין
לי ודין הניין לי ,ולכן בהתחדשות הבריאה על ידי המבול ,שהיה כעין התחדשות
הבריאה ,נצטמצם השפע לצורך חסד הגדול שיהיה קיום לבריאה ,ומזה ו
הצמצום שהוא בחינת שם אלקי"ם ,תמו ונכרתו הרשעים ,דוגמת (משלי כה ,ד)
הגו סיגים מכסף ויצא לצורף כלי ,שלא יהיה בו פסולת .ולכן מבו"ל גימטריא
חסד"ו ,כי היה חסד גדול באיבוד הרשעים ,וצריך להודות לו יתברך על זה
שכרת את דור המבול ,שאלמלא היו בתערובות אנשי העולם ,לא היה אפשר
להיות קיום לאומה הישראלית מחמת גודל טומאתם ,ולא היה יכול אברהם
להיות בעולם על אותה הבחינה שהיה ,אם לא היו נכרתים הרשעים הללו
מקודם".
אמרי מנחם /נח
– האבן די רשעים אריינגעברענגט דעם רשעות און טומאה אין אלע
זייערע דורות נאך זיי ,נו ,וויאזוי האט שפעטער געקענט ווערן א כלל
ישראל און א אברהם אבינו? אויב איז דער טומאה געווען אזוי
שטארק – אז עס איז א סתירה צום גאנצן מציאות פון כלל ישראל –
נו ,וויאזוי איז דורכן מבול געווארן אויסגעמעקט דער זוהמא וועלכע
איז אריינגעגאנגען אין די אלע 'יוצאי ירכם' פון די רשעים ,וואס
לכאורה לויטן זרע קודש וואלט עס נאך געדארפט ליגן אין אונז עד
היום הזה?
די יסורים פונעם תבה האט אויסגערייניגט די זוהמא פון נח ובניו
נאר עס קען זיין ,אז טאקע כדי אויסצומעקן אט דעם חלק הרע –
האט דער אייבערשטער געהייסן פאר נח ובניו אריינצוגיין אין
דער תבה ,און דאס האט זיי אינגאנצן מזכך געווען פון דער זוהמא.
ווייל עס איז נישט געווען קיין לייכטע זאך צו זיצן איינגעשפארט אין
דער תבה פאר א יאר צייט; ווי מען קען זיך פארשטעלן וואספארא
יסורים נח האט דארט געליטן זייענדיג צושטופט אין א קליינעם תבה
וואו עס האט נאכדערצו געשמעקט א ריח רע פון 'זפת' ,און דא האט
ער נישט געקענט שלאפן רואיג קיין איין נאכט זייענדיג פארנומען
טאג און נאכט זיך אפצוגעבן מיט די בהמות און חיות ,און דא האט
אים דער לייב געביסן ,און דא האט ער געליטן פון די שרעקליכע
קעלט; ווי דער מדרש זאגט (ב"ר לב ,יא) אז עס איז געווען דארט זייער
קאלט וויבאלד די י"ב מזלות האבן נישט געארבעט ,און דא האט ער
געדארפט האבן 'פרישות דרך ארץ' פאר א גאנץ יאר ,ממילא ,האט
דאך דער נח ובניו געהאט מורא'דיגע יסורים און צער הגלות .און
דאס האט זיי מזכך געווען און אויסגערייניגט פונעם גאנצן רע פון די
'עשרה דורות מאדם עד נח' ,און זיי זענען ארויסגעקומען פון דער
תבה אזויווי מען נעמט ארויס גאלד און זילבער פונעם 'כור ההיתוך'
וואו עס קומט ארויס אינגאנצן אויסגערייניגט.
ז
וישאר אך נח – בלויז דער ריינער נח איז געבליבן
קומט אויס ,אז דער תבה איז נישט געווען בלויז א 'היכי תמצי'
וויאזוי נח זאל ווערן געראטעוועט פונעם מבול ,נאר דאס
האט געהאט א באזונדערע כוונה פאר זיך ,אז נח ובניו זאלן דארט
ליידן יסורים און נזדכך ווערן פונעם רע פונעם דור המבול ,כדי אז
אמרי מנחם /נח
עס זאל קענען ארויסקומען אן אברהם אבינו און א כלל ישראל וואס
זאל דינען דעם אייבערשטן מיט א קדושה .און דאס קומט דער פסוק
ֹ ׁ
ממעט זיין" :וַ ִ ּי ּ ָש ֶאר ַא ְך נ ַח" – 'בלויז' דער ריינער נח איז געבליבן – ָאן
קיין שום כוחות הרע וואס איז געווען בתולדה פון די פריערדיגע
ֹ ׁ
דורות! און דערפאר פירט ער אויס" :וַ ֲא ֶשר ִא ּתו ַ ּב ּ ֵת ָבה" – די אלע
כוחות הרע זענען נישט געווארן אויסגעמעקט דורכן 'מבול' – אזויווי
דער 'כל היקום אשר על פני האדמה' ,נאר דאס איז געווארן
אויסגעמעקט דורכן 'תבה'! דייקא דורכן צער און יסורים וואס ער
האט געליטן אין דער תבה – איז געווארן אויסגעמעקט די אלע
זוהמא ,און עס איז געבליבן א ריינער נח.
ומאלה נפצה כל הארץ – בלויז פון די דאזיגע דריי בני נח האט זיך געבויעט א וועלט
ֹ ׁ ׁ
לשה ֵא ֶ ּלה ְ ּבנֵ י נ ַח" – די דריי מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוקְ :
"ש ָ
זענען בלויז 'בני נח'! זיי האבן נישט אין זיך קיין שום קשר און
המשכה פון די פריערדיגע דורות! " ּו ֵמ ֵא ֶ ּלה" – און בלויז פון די דריי
זעלבסט – ָאן קיין שום תערובת פון פריער" ,נָ ְפ ָצה ָכל ָה ָא ֶרץ" – האט
זיך געבויעט דער נייער דור ,ווייל נאר דורכדעם האט געקענט זיין
אזא מציאות ווי א הייליגער כלל ישראל .און דער פסוק שמועסט
אויס בפרטיות ,אז כאטש וואס דו זעסט אז חם האט געהאט אזא זון
ווי כנען וואס ער איז געווען א רשע ,וועסטו וועלן ברענגען א ראיה
פון דעם אז דער גאנצער זוהמא פונעם דור המבול און די 'עשרה
דורות' איז ווייטער איבערגעבליבן אין די בני נח – אפילו נאכן מבול.
אויף דעם זאגט דער פסוק ,ניין ,דו ווייסט ווער איז דער אב פון
'כנען'? "וְ ָחם ה ּוא ֲא ִבי ְכנָ ַען" – קיינער נישט אנדערש אויסער 'חם'! די
'עשרה דורות' זענען נישט געווען דער 'אבי כנען'! ווייל נאכן דורכגיין
א יאר צייט אינעם תבה – איז נישט געבליבן ביי חם קיין שום
'המשכת הדורות' פון דער זוהמא פונעם דור המבול .און דאס וואס
ער האט געהאט אזא קינד ווי 'כנען' – איז געקומען פון זיין אייגענע
ח
'בחירה ברע' – נישט פון די דורות פריער.
די בני נח זענען געווען אזוי ריין ווי די דגים וועלכע האבן קיינמאל נישט געזינדיגט
מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש" :ומאלה נפצה כל הארץ -
למה הדבר דומה לדגה גדולה דנפצה עוברה ומלאה ארעא" .ער
ׁ ֹ
"מ ּכל ֲא ֶשר
כאפט ָאן א דוגמא פון 'דגה' .ווייל רש"י זאגט אויבןִ :
אמרי מנחם /נח
ֶ ּב ָח ָר ָבה ֵמת ּו – ולא דגים שבים" .די פיש פון וואסער זענען נישט
געשטארבן ביים מבול .און דער מזרחי זאגט דעם טעם ,ווייל זיי
האבן נישט געזינדיגט מיט די חטאים ווי די 'חיה ועוף' .קומט אויס,
אז די דגים זענען א דוגמא אנצוכאפן עפעס וואס איז אינגאנצן ריין
און האט נישט קיין שום לכלוך פונעם חטא דור המבול .און דערפאר
גיבט דא דער מדרש א משל פון פיש ,אז פונקט ווי די קינדער פון די
פיש נאכן מבול – האבן נישט געהאט קיין שום שייכות צום זוהמא
פונעם מבול ,וויבאלד זיי און זייערע עלטערן האבן קיינמאל נישט
געזינדיגט – אט אזוי איז אויך געווען מיט די 'שלשה אלה בני נח' ,אז
זיי און זייערע קינדער זענען געווען אינגאנצן ריין פון דער זוהמא
פונעם דור המבול ,ווייל די תבה האט זיי אינגאנצן מזכך געווען.
ווי נאר נח איז געווארן אינאנצן מזוכך האט אים דער אייבערשטער געהייסן 'צא מן התבה'
ֹ
"ל ּכל זְ ָמן וְ ֵעת ְל ָכל ֵח ֶפץ ּ ַת ַחת
מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרשַ :
ׁ
ַה ּ ָש ָמיִ ם ,זמן היה לנח ליכנס לתיבה שנאמר בא אתה וכל ביתך
אל התיבה ,וזמן היה לו שיצא ממנה שנאמר צא מן התבה" – דאס
וואס דער אייבערשטער האט געזאגט פאר נח 'צא מן התבה' ,דאס
איז נישט געווען נאר צוליב דעם וואס יעצט איז די ערד געווארן
טרוקן ,ניין ,דאס איז בעיקר געווען צוליב דעם וואס דער 'זמן הגלות'
וואס נח האט געדארפט מזוכך ווערן אין דער תבה – כדי עס זאל
קענען ארויסקומען פון אים א כלל ישראל – איז שוין אנגעקומען
צום תכלית! עס איז שוין נשלם געווארן דער זיכוך פון דער זוהמא,
און עס פעלט שוין מער נישט אויס צו פייניגן נח קיין איין מינוט
לענגער! און דעמאלט האט אים דער אייבערשטער געהייסן
ארויסגיין פון דער תבה.
בי יתכללון צדיקיא – די צדיקים וועלן זיין נכלל בלויז אין מיר און נישט אינעם דור המבול
ׁ ֹ
יאה ִמ ַּמ ְס ֵ ּגר נַ ְפ ִשי -זה נח
מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש" :הו ִצ ָ
ט שהיה סגור בתיבה י"ב חודש" – די תבה איז געווען ווי א 'מסגר',
א פארשפארטע תפיסה וואו נח איז געווען איינגעשפארט פאר א
ׁ ֹ ֹ
"להודות ֶאת ְש ֶמ ָך -לתת הודיה לשמך" – פונקט ווי דער
יאר צייטְ ,
זרע קודש זאגט ,אז מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויפן
'מבול' ,אזוי אויך האט נח אין דער תבה געדאנקט דעם אייבערשטן
אויף דעם חסד אז ער האט אים אריינגעלייגט אין אזא 'מסגר' ,ווייל
אמרי מנחם /נח
אנדערש וועט נישט קענען ארויסקומען קיין כלל ישראל .און דאס
זאגט נח ווייטערּ ִ :
"בי יַ ְכ ּ ִתר ּו ַצ ִ ּד ִ
יקים -יתכללון בי צדיקיא" – דורכדעם
וואס איך גיי דא דורך דעם זיכוך פון דער תבה ,וועלן די צדיקים זיין
'נכלל' בלויז אין מיר – און נישט אין די 'עשרה דורות מאדם עד נח'!
ווייל איך ווער יעצט אפגעהאקט און אויסגערייניגט פון אלע שרשי
ֹ
הרע פון די פריערדיגע דורותִּ ,
"כי ִת ְגמל ָע ָלי -שגמלת עלי ואמרת לי
צא מן התיבה" – ביז עס איז אנגעקומען דער זמן ווען דער זיכוך איז
נשלם געווארן ,וואס דעמאלט האסטו מיר געזאגט 'צא מן התבה' ,אז
עס פעלט שוין נישט אויס דער 'מסגר' ווייל איך בין שוין אינגאנצן
ריין פון די חטאי הדורות.
היוצא לנו מזה :דא זעט מען א געוואלדיגן חיזוק ,אז א איד האט
אמאל יסורים ל"ע ,אפילו קלענערע יסורים ,ווי א קליינע
דירה ,ער איז צושטופט און ענג ,אדער ער גייט אין גאס ווינטער און
עס איז אים קאלט ,וכדומה .און א מענטש מיינט אמאל אז דאס איז
גארנישט חשוב ,דארף ער אבער וויסן אז יעדע צער וואס א איד
ליידט איז 'מזכך'! קיינער ווייסט נישט קיין חשבונות 'וואס' און 'ווען',
אבער יעדער וויל דאך זיין ריין און הייליג ,בפרט אז מען וויל ממשיך
זיין הייליגע דורות אויף ווייטער ,ממילא ,דארף מען מקבל זיין די
יסורים באהבה און דאנקען דעם אייבערשטן דערויף ,ווייל דאס איז
א בחינה פון א 'תבת נח' וואס איז אים מטהר און מזכך.
דער אייבערשטער זאל העלפן ,מען זאל קענען דינען דעם
אייבערשטן מתוך הרחבה ונחת' ,לא על ידי יסורים' ,און
יעדער זאל האבן פון אלעם גוטן בגשמיות און ברוחניות ,פרנסה
בהרחבה מיט געזונט און נחת ,און עס זאל שוין קומען דער 'עת לכל
חפץ' ,דער זמן פון 'צא מן התבה' ,דער זיכוך פון גלות זאל שוין נשלם
ווערן בקרוב ,און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה
בימינו ,אמן.
י
4
אמרי מנחם /נח
ֹאמר ה' ֶאל לִ ּב ֹו לֹא אֹסִ ף לְ ַק ֵּלל עוֹד וַ ָ ּי ַרח ה' ֶאת ֵר ַיח ַה ִּניח ַֹח וַ ּי ֶ
ֶאת ָה ֲא ָד ָמה ַּב ֲעבוּר ָה ָא ָדם ּ ִכי יֵ צֶ ר לֵ ב ָה ָא ָדם ַרע ִמ ְּנ ֻע ָריו.
א) בפשטות זעט אויס אין פסוק ,אז דער 'ריח הניחוח' האט גורם
געווען צום 'ויאמר ה' אל לבו לא אוסיף לקלל עוד את
האדמה' .אבער אויב אזוי ,פארוואס פירט ער אויס מיט א 'נתינת
טעם' פון 'כי יצר לב האדם רע מנעוריו' ,דאס האט דאך גארנישט
מיטן 'ריח הניחוח'? ממה נפשך ,אויב איז דער טעם גענוג – דארף
מען דאך נישט דעם 'ריח הניחוח' ,און אויב איז דער 'ריח הניחוח'
גענוג – דארף מען דאך נישט דעם 'נתינת טעם'?
ב) בכלל איז שווער ,וואס איז דער 'נתינת טעם' פון ִּ
'כי יֵ ֶצר ֵלב ָה ָא ָדם
ַרע ִמ ְ ּנ ֻע ָריו' ,דאס האט דאך דער אייבערשטער געוואוסט
ביז היינט אויכעט; ווי עס שטייט שוין אין סוף פרשת בראשית (ו ,ה):
ֹ ֹ ׁ ֹ
"וְ ָכל יֵ ֶצר ַמ ְח ְשבת ִל ּבו ַרק ַרע ָּכל ַה ּיום" ,און פארקערט ,דוקא דאס איז
געווען דער נתינת טעם 'יא צו ברענגען' א מבול ,נו ,וואס איז דא
נשתנה געווארן פון פריער ,אז יעצט איז גאר דער 'כי יצר לב האדם
רע' געווארן א טעם אויף 'נישט צו ברענגען' קיין מבול?
ג) אויך איז שווער ,דער אייבערשטער איז דאך נישט מוותר אויף
קיין חטאים ,נו ,וואס וועט זיין אויב מען וועט זינדיגן פון
היינט און ווייטער ,וועט ער דאך אודאי שיקן יסורים צו דערמאנען
דעם מענטש תשובה צו טון .נו ,וואלט ער דאך דאס אויך געקענט
טון צום דור המבול ,זיי מעורר זיין צו תשובה דורך יסורים – און
נישט ברענגען קיין מבול?
ד) דער כלי יקר שטעלט זיך אויפן שינוי לשון ,אז אויבן שטייט 'רק
רע' ,און דא שטייט בלויז 'רע'? אויך קען מען מדייק זיין,
דארט שטייט 'מחשבות לבו' – די 'מחשבה שבלב' ,און דא שטייט 'לב
אי האדם'?
ה) דער בעל הטורים זאגט" :וירח -ב' במסורת .וירח ה' את ריח
הניחוח .ואידך (בראשית כז ,כז)" :וַ ָ ּי ַרח ֶאת ֵר ַ
יח ְ ּב ָג ָדיו" ,וזה הוא
שדרשו (סנהדרין לז ,א) אפילו פושעי ישראל עתידין שיתנו ריח שנאמר
וירח את ריח בגדיו ,אל תקרי בגדיו אלא בוגדיו ,וזהו וירח ה' את ריח
אמרי מנחם /נח
הניחוח ,שעתידין ליתן ריח ניחוח" – ער שטעלט צו דעם פסוק וואס
שטייט אז יצחק אבינו האט געשמעקט די בגדים פון יעקב אבינו,
וואס די גמרא דרש'נט ,אז ער האט געשמעקט דעם גוטן ריח פון די
'בוגדים' ,און דאס מיינט אויך דער פסוק דא ,אז דער אייבערשטער
האט געשמעקט דעם 'ריח ניחוח' וועלכע וועט ארויסקומען לעתיד
פון די 'בוגדים' .דארף מען פארשטיין דעם ענין ,וואספארא 'ריח
ניחוח' קומט ארויס פון 'פושעי ישראל'?
ו) אויך איז שווער די גמרא ,וואס ער הייבט ָאן 'עתידין ליתן ריח' –
לעתיד לבוא וועלן זיי געבן א ריח טוב ,איז משמע ,אז יעצט
געבן זיי נאכנישט דעם 'ריח טוב' .און דערנאך טייטשט ער דעם
פסוק 'וירח את ריח בוגדיו' ,אז יצחק האט שוין יעצט געשמעקט א
גוטן ריח אין די 'בוגדים'?
ז) די גמרא זאגט (קידושין ל" :):בראתי יצר הרע ובראתי לו תורה תבלין"
– איך האב באשאפן א יצר הרע און איך האב באשאפן די תורה
אלס א 'געווירץ' עס צו מאכן גוט .לכאורה ,קעגן דעם יצר הרע דארף
מען א שטעקן אים צו שלאגן און צוברעכן – נישט קיין 'תבלין' אים
צו מאכן זיס?
ח) די גמרא ברענגט א מחלוקת (סוטה כא" :).תורה בין בעידנא דעסיק
בה ובין בעידנא דלא עסיק בה מגנא ומצלא" – אפילו בשעת
ווען א מענטש איז נישט עוסק אין תורה ,ראטעוועט עס אים פונעם
יצר הרע; ווי רש"י טייטשט" :ומצלא :מיצה"ר שלא יכשילנו לחטא".
אבער רבא האלט" :בעידנא דלא עסיק בה אצולי לא מצלא" – בשעת
ווען ער איז נישט עוסק אין תורה ,העלפט עס אים נישט ניצול צו
ווערן פונעם יצר הרע .אין מדרש שטייט (איכ"ר הקדמה ,ב)" :מתוך שהיו
מתעסקין בה המאור שבה היה מחזירן למוטב" – די תורה האט א כח
'מחזיר בתשובה' צו זיין .לכאורה ,אויב האט עס א כח מעורר צו זיין
תשובה צו טון אויף עבירות וואס מען האט עובר געווען אינעם 'עבר' בי
– האט דאך דאס זיכער א כח אפצוהיטן נישט צו זינדיגן להבא ,און
פארוואס האלט רבא אז דאס העלפט נישט מציל צו זיין פונעם יצר
הרע?
אמרי מנחם /נח
וויאזוי קען מען אויסמעקן דעם גאנצן עבר דורך תשובה?
נאר עס קען אפשר זיין אזוי .מיר ווייסן א כלל (ירושלמי פאה א ,א)" :אין
לך דבר העומד בפני התשובה" – א איד קען אלעמאל תשובה
טון .און אפילו אויב ער האט חלילה געזינדיגט מיט די גרעסטע
עבירות ,און אפילו אויב ער האט געטון די עברה נאכאמאל און
נאכמאל – קען ער תשובה טון און דער אייבערשטער נעמט אים
צוריק צו זיך; ווי דער רמב"ם פסק'נט אין הלכות תשובה (א ,ג)" :אפילו
רשע כל ימיו ועשה תשובה באחרונה אין מזכירין לו שום דבר מרשעו"
– אפילו אויב ער איז געווען א גאנץ לעבן א רשע ,און אין דער
לעצטער מינוט פון זיין לעבן האט ער תשובה געטון ,וועט מען אויף
יענער וועלט אים גארנישט דערמאנען פון זיין רשעות .לכאורה
דארף דאס א שטיקל הסבר לקרב אל השכל ,וויאזוי קען דאס טאקע
זיין ,אז תשובה מעקט אויס דעם גאנצן 'עבר' ,עס איז דאך דא געווען
א מעשה פון א חטא ,נו ,וואו ווערט דאס פארשוואונדן?
רשעים מלאים חרטות – בשעת'ן זינדיגן האט ער חרטה פארוואס ער זינדיגט
נאר מען קען דאס מסביר זיין מיטן עבודת ישראל (פרשתן ד"ה קניםג)
וואס ער באציהט זיך אויפן מאמר חז"ל (עפ"י נדרים ט" :):רשעים מלאים
חרטות" .בפשטות לערנט מען פשט ,אז די רשעים האבן כסדר חרטה
אויף די עברות וואס זיי האבן געטון ,ווייל ווי נאר זיי האבן אפגעטון
די עברה – האבן זיי דאך שוין נישט מער קיין יצר הרע צו די תאוה,
און דעמאלט כאפט זיי ָאן א חרטה .אבער דער עבודת ישראל זאגט
אנדערש פשט" :רשעים מלאים חרטות" – בשעת מעשה ווען ער טוט
נעבעך די עבירה ,האט ער שוין דעמאלט חרטה אויף דעם! עס טוט
באנק פארוואס ער זינדיגט נעבעך! נאר דער יצר הרע
אים שוין יעצט ַ
איז אזוי שטארק ,אז ער האט נישט קיין כח זיך מתגבר צו זיין אויף
גי וזל"ק" :אמרו חז"ל רשעים מלאים חרטות ,פירוש אפילו בשעת חטאם עובר ג
עליהם ההרהור והחרטה כי הוא נשמת ישראל עמו .אכן אין בכח ההרהור
הזה להחדילו מהמעשה אשר יעשה אפס כי נעלם מקומה במחשבה דקה מן
הדקה .וצורך הענין מה שברא היוצר הרהור תשובה זה ,כדי שיעשה רושם קצת
שעל כל פנים יוכל לשוב אח"כ הגם שעשה רשע ופשע.
וזה היה הענין ז' מלכין דמיתו וכו' ,וישאר אך נח הוא הצדיק ועלה בתיבה ,מורה
על הסתלקות הצדיק בעולם המחשבה כנודע ,והיה הכנה לעולם התיקון אחרי
המבול".
אמרי מנחם /נח
אים און זיך צוריק האלטן פון טון די עבירה ,אבער טיף אינעווייניג
'במחשבה דקה מן הדקה' – האט ער חרטה און עס טוט אים וויי .און
ער פירט אויס :אז דער חרטה בשעת מעשה לאזט איבער א 'רושם'
אז ער זאל שפעטער קענען תשובה טון .און ענליך דערצו שטייט אין
דברי יחזקאל אויף ראש השנה (ד"ה מדרשד).
אינעם 'מחשבה שבלב' איז ער אן 'אונס' און דערפאר העלפט תשובה
מיט דעם עבודת ישראל קען מען אפשר מקרב זיין אל השכל וויאזוי
עס העלפט תשובה .ווייל לויט ווי ער זאגט קומט אויס ,אז
דארט טיף אינעווייניג אינעם 'מחשבה דקה שבלב' – איז ער אן
'אונס'! ווייל ער וויל דאך נישט זינדיגן ,נאר ער ווערט געצווינגען פון
די אברים און פונעם 'חיצוניות הלב' וועלכער ברענט מיט א תאוה
און שלעפט אים אריין .ממילא ,וויבאלד דער 'מחשבה שבלב' איז אן
'אונס' ,דערפאר ,ווען ער טוט תשובה ,קוקט מען אין הימל בלויז
אויף דעם פנימיות ,און מען זאגט" :דער מענטש האט קיינמאל נישט
געזינדיגט! א צווייטער האט אים געצווינגען דערצו ,אבער ער מעצמו
האט דאס קיינמאל נישט געטון!" .און דערפאר זאגט דער רמב"ם ,אז
אויף יענער וועלט וועט מען אים גארנישט דערמאנען די חטאים.
וזל"ק" :מדרש (ויק"ר פכ"ט) בחדש השביעי באחד לחדש וכו' .כי אעשה כלה ד
בכל הגוים אשר הדחתיך שמה .או"ה שהן מכלין שדותיהן (פי' מ"כ שקוצרין
אותה כולה ואינם מניחים פאה) אעשה כלה .ואותך לא אעשה כלה אבל ישראל
שאין מכלין את שדותיהן כד"א לא תכלה פאת שדך לא אעשה כלה וכו' אימתי
בחדש השביעי .ולכאורה קשה מהענין מצוה זו לזכות בדין בר"ה ולמה נקט
דוקא פאה .וי"ל כך דהנה ישראל אם נתפס בעבירה ר"ל לבו בל עמו ואינו
ממלא תאותו כי יודע בלבו שאסור לו לעשותה עפ"י התורה לכן נשאר עדיין
רושם קדושה בקרבו שיוכל לשוב בתשובה .אבל או"ה שממלאים תאותם בכל
לבם לפי שאין להם שום מניעה לפיכך רחוק הוא שישובו וזה מאמר המדרש
או"ה שהן מכלין שדותיהן לפי שאינם מחוייבים להניח פאה להכי אין להם די
מניעה ויכולין לקצור כל השדה והוא הדין בכל דבר שעושים אין להם שום מניעה
ועושים בכל לבם לכן אעשה כלה .אבל ישראל שאין מכלין את שדותיהן היינו
כיון דהתוה"ק מונעם לקצור כל השדה יש להם כח המונע אותם לקצור כלו
דמחוייבים עפ"י התורה להניח פאה .וכן בכל דבר יש להם מניעה עפ"י התורה
מה שלא לעשות נמצא אפי' אם ישראל נתפס בעבירה ר"ל מחמת כח המניעה
לבו בל עמו לעשותה בכל תאות לבו .עי"ז נשאר רושם קדושה בו שיכול לשוב
בתשובה .לכן לא אעשה כלה".
אמרי מנחם /נח
פארן מבול האט מען יא געזינדיגט מיטן גאנצן הארץ – דערפאר האט נישט געהאלפן קיין
תשובה
עס קען אפשר זיין ,אז דער ענין פון 'רשעים מלאים חרטות' איז
נתחדש געווארן בלויז נאכן מבול .ווייל מיר האבן נישט קיין
השגה וואספארא מין 'כח הרע' עס איז דעמאלט געווען אויף דער
וועלט; ווי דער זרע קודש זאגט (פרשתן ד"ה וידבר אלקיםה) ,אז 'מבול' איז
גימטריא 'חסדו' ,אז עס איז א געוואלדיגער חסד אז דער אייבערשטער
האט אפגערייניגט די וועלט פון אזא זוהמא ,ווייל דער אויר איז
דעמאלט געווען אזוי טמא ומטומא! די וועלט איז דעמאלט געווען
אנגעפילט מיט רע! די קליפה איז געווען אזוי גרויס ָאן קיין שיעור!
ממילא ,האבן יענע רשעים געטון די עבירות מיטן גאנצן הארץ – ָאן
קיין שום חרטה בשעת מעשה! און אויב אזוי ,העלפט דאך נישט קיין
תשובה ,ווייל עס איז נישט געווען קיין שום 'אונס' נאר 'ברצון גמור',
און דערפאר האט דער אייבערשטער געמוזט ברענגען א מבול אויף
זיי – און נישט געקענט שיקן יסורים זיי צו דערמאנען תשובה צו טון,
ווייל תשובה וואלט נישט געהאלפן ביי זיי.
היינט דארף מען שוין נישט קיין מבול ווייל עס העלפט תשובה
אבער נאכן מבול ,איז די גאנצע לופט געווארן גערייניגט און דער
כח הקליפה איז געווארן נתמעט ,ממילא איז שוין געווארן
אזא מציאות ,אז אפילו בשעת ווען א איד זינדיגט חלילה – האט ער
אבער א 'מחשבה דקה בלב' וואס איז אנגעפילט מיט 'חרטה' און
ווייטאג! ער וואלט זייער נישט געוואלט זינדיגן און עס באקומט אים
נישט! אין זיין 'עולם המחשבה' איז ער אן 'אונס'! און דערפאר האט
וזל"ק" :ריבוי השמן מכבה הנר ,כן בבריאת העולמות ,אותן העולמות שקבלו ה
שפע יותר מהראוי לכוחם לא יכלו לסבול ,ואמר השי"ת (ב"ר ג ,ז) דין לא הניין
לי ודין הניין לי ,ולכן בהתחדשות הבריאה על ידי המבול ,שהיה כעין התחדשות
וט הבריאה ,נצטמצם השפע לצורך חסד הגדול שיהיה קיום לבריאה ,ומזה
הצמצום שהוא בחינת שם אלקי"ם ,תמו ונכרתו הרשעים ,דוגמת (משלי כה ,ד)
הגו סיגים מכסף ויצא לצורף כלי ,שלא יהיה בו פסולת .ולכן מבו"ל גימטריא
חסד"ו ,כי היה חסד גדול באיבוד הרשעים ,וצריך להודות לו יתברך על זה
שכרת את דור המבול ,שאלמלא היו בתערובות אנשי העולם ,לא היה אפשר
להיות קיום לאומה הישראלית מחמת גודל טומאתם ,ולא היה יכול אברהם
להיות בעולם על אותה הבחינה שהיה ,אם לא היו נכרתים הרשעים הללו
מקודם".
אמרי מנחם /נח
דער אייבערשטער צוגעזאגט ,אז ער וועט שוין מער נישט ברענגען
קיין מבול ,ווייל אפילו אויב עס וועט חלילה זיין חטאים – וועט ער
דערמאנען דעם דור תשובה צו טון ,און דורכדעם וועט אלעס ווערן
מתוקן און מכופר.
דער 'חרטה' בשעת חטא איז מעלה א 'ריח ניחוח' פארן אייבערשטן
מיט דעם פארשטייט מען די גמרא" :אפילו פושעי ישראל עתידין
שיתנו ריח" – לעתיד לבוא וועט יעדער איינער קענען שמעקן
דעם גוטן ריח פון די 'חרטות' וואס די פושעי ישראל האבן געהאט
בשעת'ן פשע .און כאטש דאס איז זייער 'דקה מן הדקה' וואס נישט
יעדער קען עומד זיין דערויף ,אבער דעמאלט וועט ארויסקומען
בגלוי די אלע 'המון נסתרות' וואס ליגט באהאלטן אין א מענטש.
זאגט די גמרא" :שנאמר וירח את ריח בגדיו אל תקרי בגדיו אלא
בוגדיו" – דער הייליגער יצחק אבינו בגודל קדושתו האט שוין יעצט
מרגיש געווען און געשמעקט אין יעקב'ן ,דעם ריח פון די 'חרטות'
וואס די פושעי ישראל האבן בשעת מעשה.
לא אוסיף לקלל – פאר אזעלכע סארט רשעים דארף איך נישט ברענגען קיין מבול
ֹ
מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק" :וַ ָ ּי ַרח ה' ֶאת ֵר ַ
יח ַה ִ ּניח ַח" –
יעצט נאכן מבול ,וואס די לופט איז געווארן גערייניגט ,האט
דער אייבערשטער געשמעקט דעם 'ריח ניחוח' – וואס דאס שטעלט
דאך דער בעל הטורים צו צום 'ריח בוגדיו' – דאס איז די 'מלאים
חרטות' וואס די רשעים נאכן מבול האבן בשעת'ן חטא .און דערפאר
ֹ ֹ ֹ
האט דער אייבערשטער געזאגט" :לא א ִסף ְל ַק ֵ ּלל עוד ֶאת ָה ֲא ָד ָמה
ַ ּב ֲעב ּור ָה ָא ָדם" – איך וועל מער נישט ברענגען קיין מבול ,נאר עס איז
גענוג מיט דעם וואס איך וועל זיי מעורר זיין צו תשובה .און די סיבה
"כי יֵ ֶצר ֵלב ָה ָא ָדם ַרע ִמ ְ ּנ ֻע ָריו" –
פארוואס עס העלפט תשובה איזִּ :
ווייל דער מענטש בעצם איז נישט שלעכט און וויל נישט קיין
שלעכטס! נאר דער יצר הרע שלעפט אים צו שלעכטס און ער קען זט
זיך נישט מתגבר זיין! אבער אין זיין אמת'ע מחשבה דקה איז ער אן
'אונס' און ער האט נישט געוואלט זינדיגן! און דערפאר העלפט
תשובה אוועקצונעמען דעם גאנצן חטא.
אמרי מנחם /נח
כי יצר לב האדם רע – עס איז בלויז א יצר הרע אבער בפנימיות וויל ער דאס נישט
מיט דעם פארשטייט מען די שינויים אין די לשונות צווישן דעם
פסוק דא ביי אונז – וואו עס שטייט בלויז 'לב האדם' און בלויז
'רע' ,צום פסוק אויבן – וואו עס שטייט 'מחשבות לבו' און 'רק רע'.
ווייל אויבן זאגט דער פסוק פארוואס עס העלפט נישט קיין תשובה
ֹ ֹ ׁ ֹ
און מען מוז ברענגען א מבול" :וְ ָכל יֵ ֶצר ַמ ְח ְשבת ִל ּבו ַרק ַרע ָּכל ַה ּיום"
– ווייל אפילו די 'מחשבה שבלב' איז אויך רע! עס איז נישטא דארט
קיין שום מחשבה פון חרטה ,נאר עס איז 'רק רע' – אנגעפילט מיט
מחשבות רעות רחמנא ליצלן ,און עס טוט אים גארנישט וויי .און
דערפאר העלפט נישט קיין תשובה .אבער דא זאגט דער פסוק א
טעם פארוואס עס העלפט יא תשובה – וואס דערפאר וועט מער
"כי יֵ ֶצר ֵלב ָה ָא ָדם ַרע ִמ ְ ּנ ֻע ָריו" – בלויז דער 'לב',
נישט זיין קיין מבולִּ :
די הרגשים און תאוות שבלב ,זענען שלעכט ,אבער די 'מחשבה
שבלב' איז נישט שלעכט! עס איז נישט 'רק רע' ,ווייל עס איז דא
דארט א הארץ וואס איז פול מיט חרטה בשעת מעשה! נאר דער יצר
הרע צווינגט אים נעבעך דערצו ,און דערפאר העלפט תשובה מכח
די טענה פון 'אונס'.
אפילו בשעת'ן גיין אויפן גאס העלפט אים די תורה צו האבן כאטש דעם 'מלאים חרטות'
לויט דעם קען מען מסביר זיין דעם מחלוקת צווישן רב יוסף און
רבא ,און מען קען אפשר זאגן אז 'מר אמר חדא ומר אמר חדא
ולא פליגי' .ווייל דאס איז כולי עלמא מודי ,אז 'בעידנא דעסיק בה',
בשעת ווען א איד זיצט און לערנט – ווערט דער יצר הרע נכנע; ווי די
גמרא זאגט (סוכה נב" :):אם פגע בך מנוול זה משכהו לבית המדרש אם
אבן הוא נימוח אם ברזל הוא מתפוצץ" – מען מוז אריינשלעפן דעם
יצר הרע אין בית המדרש און זיך זעצן לערנען ,און דעמאלט ווערט
ער אינגאנצן צופיצלט .אבער ווי נאר א מענטש גייט ארויס אין די
גאסן ,און וואס עס טוט זיך אפ נעבעך אין גאס – דארף מען דאך
זי
נישט זאגן ,איז ער זייער עלול דורכצופאלן ,און אויף דעם זאגט רבא:
"בעידנא דלא עסיק בה אצולי לא מצלא" – בשעת'ן גיין אין גאס איז
דער נסיון צוריק דא בתוקף ,און ער איז נישט פארזיכערט אז ער
וועט נישט דורכפאלן .זאגט אבער רב יוסף :ריכטיג טאקע אז ער איז
נישט פארזיכערט אינעם בפועל ,אבער דאך איז די תורה אים מציל
אמרי מנחם /נח
פון 'אריינפאלן אינגאנצן'! די תורה וועט אים היטן די 'מחשבה
שבלב' ,אז דארט זאל ער זיין 'מלא חרטה' און עס זאל זיין א בחינה
פון 'אונס'! און דורכדעם וועט זיין ,אז "המאור שבה יחזירנו למוטב"
– דער אור התורה וועט גורם זיין אז שפעטער זאל ער קענען תשובה
טון ,וויבאלד ער איז געווען אן 'אונס' און ער האט נישט געזינדיגט
מרצונו הטוב.
תורה תבלין – די תורה גיבט אריין דעם 'ריח ניחוח' פון חרטה בשעת מעשה
מיט דעם פארשטייט מען די גמרא" :בראתי יצר הרע ובראתי לו
תורה תבלין" .ווייל אודאי האט די תורה אויך א בחינה פון א
שטעקן וואס איז מכניע דעם יצר הרע ,אז מען זאל בכלל נישט
קומען צו קיין חטא ,דאס איז אבער בלויז 'בעידנא דעסיק בה' ,אבער
שפעטער איז דאך צוריק דא א בחירה און א נסיון .זאגט אבער די
גמרא :אויף אזויפיל נוצט עס ,אז אפילו ווען ער פאלט דורך חלילה
און פאלגט דעם יצר הרע – וועט אבער די תורה זיין א 'תבלין' צו
דעם ביטערן חטא אז עס זאל זיין עפעס זיסער! אז עס זאל זיין דארט
דער 'מלאים חרטות' – וואס דאס איז דער 'ריח ניחוח' און 'ריח
בוגדיו'! דאס איז נאר דורכן 'כח התורה' וואס דאס לאזט נישט דעם
מענטש פארגעסן אינגאנצן פונעם אייבערשטן – אפילו בשעת'ן
חטא .און דורכדעם וועט ער קענען תשובה טון און צוריקקומען
למוטב.
Ƿ דברי כיבושין *
דער נח – וויאזוי ער האט זיך געקענט דערהאלטן אין דעם דור
המבול? [וויאזוי האט ער געקענט] זיך מתגבר געווען אויפן
גאנצן דור המבול – און דער גאנצער דור המבול האט נישט געקענט
גארנישט [מתגבר זיין]? וואס איז געווען?
חי
פשוט זעט אויס אזוי .רש"י זאגט דאך" :מן הבהמה הטהורה -מלמד
שלמד נח תורה" .דא האט רש"י אונז דערציילט דעם גאנצן
יסוד – מיט וועלכן כח דער נח האט זיך דערהאלטן און זיך מתגבר
געווען .אז רש"י זאגט [אז] נאר נח האט געלערנט ,זעט אויס ,אז זיי
* צו הערן די דברי כיבושין ,רופט 718-400-7790און דרוקט 1
אמרי מנחם /נח
האבן נישט געלערנט קיין תורהָ .אן תורה ,רחמנא ליצלן ,ווערט מען
פארפאלן אין תהום! מען קען קיינמאל נישט צוקומען צו גארנישט!
איצט קומט דאך דער נייער זמן ,דער ווינטער ,דער אייבערשטער
זאל העלפן הבא עלינו לטובה לששון ולשמחה לחיים טובים
ולשלום ,מיט אלע ברכות .איז דארף מען וויסן ,אז עס איז [היינט]
נעבעך – איך ווייס נישט [וואס] צו זאגן ,צי עס איז [ממש] אזויווי
דער 'דור המבול' ,צי ווייניגער ,צי עס איז נאכמער ווי דער 'דור
המבול' – ווייס איך נישט .על כל פנים :מען ווייסט אז עס ברענט
נעבעך א פייער! און עס איז נעבעך אזוי ביטער! די 'מעשי דור
המבול' טוט זיך [היינט] אפ ,אויף אן אופן נורא ואיום! און ממילא,
"אין לנו שיור רק התורה הזאת"" .בראתי יצר הרע בראתי תבלין".
נאר מיט דעם 'תבלין'! מיט דעם קען מען זיך מתגבר זיין! ווי דער
"אן תורה קען מען צו גארנישט
צאנזער רב האט דאך געזאגטָ :
צוקומען" .דאס הייסט ,נישט בלויז אז מען קען נישט צוקומען צו
'מדרגות' – [נאר] רחמנא ליצלן "כל הפורש ממך כאילו פורש מן
החיים" (קידושין סו – ):אזוי האט ער דאך געזאגט רבי טרפון .ממילא
דארף מען זען אז יעדער זאל זיך אנשטרענגען [צו האבן א שיעור
תורה].
דאס איז נישט א 'מהיכי תיתי'" :ער לערנט א שטיקל גמרא! [ער איז]
א וואוילער איד! [כאטש ער איז] א בעל הבית [און] ער גייט
ארבעטן – דאך לערנט ער ,ערב ובוקר זיצט ער און לערנט 'שיעורים
קבועים'! זייער א שיינע זאך פון אים!" .זאל מען וויסן ,נישט אזוי
דארף מען דאס אפטייטשן און נישט דאס איז דער אמת .דער אמת
איזָ :אן א 'שיעור ערב ובוקר' ,אז מען האלט זיך נישט אין די תורה –
איז מען חלילה עלול רחמנא ליצלן! רחמנא ליצלן! ער און די קינדער
וכדומה!
טי מען זאל וויסן ,אז די קינדער זענען תלוי אין אים! מיר האבן שוין
געשמועסט אסאך מאל :דער גרעסטער 'מוסר ספר' פון א קינד
– דאס איז דער טאטע! און דאס קינד ליינט אפ דעם 'לוח הלב' פון
טאטן! דאס קינד ליינט 'אינעווייניג' פון טאטן! עס איז פארהאנען
איינער ,מען גייט שלאגן די קינדער ,מען שלאגט [און מען זאגט
אים]" :לערן!" .מען דינגט אים אפילו מלמדים; ווי דער חתם סופר
אמרי מנחם /נח
(תורת משה פר' ואתחנן ד"ה רקו) זאגט דאך א געוואלדיג ווארט וואס איז
ׁ ׁ ֹ ׁ ׁ ֹ ׁ
"ה ּ ָש ֶמר ְל ָך ּו ְשמר נַ ְפ ְש ָך ְמאד ּ ֶפן ּ ִת ְש ַּכח ֶאת ַה ְ ּד ָב ִרים ֲא ֶשר דאך ידועִ :
יך וְ ִל ְבנֵ י ָבנֶ ָ ֹ
יך וְ הו ַד ְע ּ ָתם ְל ָבנֶ ָ ֹ
יך ּו ֶפן יָ ס ּור ּו ִמ ְ ּל ָב ְב ָך ּכל יְ ֵמי ַחיֶ ּ ָ
ָרא ּו ֵעינֶ ָ
יך".
ׁ ׁ ׁ
"ה ּ ָש ֶמר ְל ָך ּ ֶפן ּ ִת ְש ַּכח ֶאת ַה ְ ּד ָב ִרים ֲא ֶשר זאגט דער חתם סופר אזויִ :
יך" – דו אליינס וועסט פארגעסן די תורה ,דו וועסט נישט ָרא ּו ֵעינֶ ָ
לערנען ,דו וועסט אינזין האבן ביזנעס א גאנצן טאגּ " ,ו ֶפן יָ ס ּור ּו
ֹ
הו ַד ְע ּ ָתם ְל ָבנֶ ָ ִמ ְ ּל ָב ְב ָך ּכֹל יְ ֵמי ַחיֶ ּ ָ
יך" – און די קינדער וועסטו זאגן יך וְ
"זיץ און לערן! וועסט זען אז דו וועסט אויסגעוואקסן א תלמיד חכם
ׁ
"ה ּ ָש ֶמר ְל ָך"[ .ווייל] אויב עס איז [און] אן ערליכער איד!" .זאגט ערִ :
ׁ
"את ַה ְ ּד ָב ִרים ֲא ֶשר ָרא ּו ֵעינֶ ָ ׁ
יך" – "פן ּ ִת ְש ַּכח" – אז דו וועסט פארגעסן ֶ
ֶּ
דעמאלט העלפט נישט צו זאגן די קינדער "לערן! לערן!" .איז ממילא
דארף מען וויסן ,דאס [לימוד התורה] איז דאס חיות!
עס איז [היינט] א מבול רח"ל .דער אייבערשטער זאל זיך מרחם זיין
אויף דעם דור ,מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן .עס איז ממש
למעלה מהשגה נעבעך ,די נסיונות [פון די כלים] וואס דאס דור האט
נעבעך באקומען אזא זאך .ממילא דארף מען זען" ,אין לנו שיור" נאר
די תורה הקדושה! דאס היט! און דאס היילט! און דאס העלפט! אלעס!
דארף מען וויסן ,בדור הזה בפרט ,בפרט דור הזה היינט ,וואס איז
אזא חשכות און אזא טמיון ,דארף מען וויסן אז יעדער איד
איז מחויב [צו האבן] א שיעור ערב ובקר! און מען זאל רעדן אין
שטוב [דברי תורה] צו די קינדער .מען זאל פארהערן א קינד ,מען
זאל וויסן [ביי] וואס דאס קינד האלט ,וכדומה .דער דור – וואס [מער
עס] ווערט דער דור שווערער – מוז מען מער זיך אריינטון אין די
וזל"ק" :רק השמר לך ושמור נפשך מאוד פן תשכח את הדברים אשר ראו ו
עיניך ופן יסורו מלבבך כל ימי חייך והודעתם לבניך ולבני בניך .י"ל קרוב להנ"ל
כי מי שאין לבבו שלם עם ה' אלקיו אין למודו מצליח והתלמידים מוזהרים כ
מלקבל ממנו כמשאחז"ל אם דומה הרב למלאך ה' צבאות וגו' וה"נ מוזהר הרב
היודע בעצמו שאין לבבו שלם ח"ו שלא יחטיא אחרים בלמודו עמם שהרי תורתו
לא תעשה פירות נמצא כי הוא מחטיא גם רבים עמו .וזהו השמר לך ושמור
נפשך מאוד פן תשכח את הדברים ותסירם מלבבך ח"ו ,פי' ולא תהיה צדיק
גמור ,ואפ"ה והודעתם לבניך ולבני בניך ,חלילה לא תעשה כן ,אלא אם ידעת
בנפשך שהוא סר מעם אלקיו ח"ו ,על כל פנים לא תודיעם לבניך ,הנח להם,
וה' ישלח מורה לצדקה להם".
אמרי מנחם /נח
תורה און זיך מדבק זיין – ער און די קינדער! און נאר אזוי ארום ,מיט
תפילות ,און מיט סייעתא דשמיא ,מיט צדקות – מיט דעם אלעמען
צוזאמען ,וועט דער אייבערשטער העלפן ,מיר זאלן זוכה זיין צו זען
'דורות ישרים מבורכים'.
דער זרע קודש (פרשתן ד"ה נחז) ברענגט דעם אלשיך הק' :פארוואס
ֹ ֹ ֹ ֹ
"בדר ָתיו" ,פארוואס שטייט נישט ְ ּ
"בדורו"? זאגט ער :אז דער שטייט ְ ּ
טאטע ,דער צדיק ,וואס איז אויף זיך 'מקבל עול מלכות שמים' –
איז ער מקבל נישט בלויז אויף 'זיך' ,נאר [אויף] אלע 'דורות הבאים
ממנו'! די אלע דורות וואס זיי קומען ארויס – האבן די סייעתא
דשמיא! פון דעם 'קבלת עול מלכות שמים' וואס דער צדיק האט –
האבן די אלע דורות הבאים!
דער אייבערשטער זאל העלפן' ,אחכה לו בכל יום שיבוא' ,מיר ווייסן
דאך נישט [ווען די גאולה וועט זיין] ,אבער [אז] מען שטעלט
פאר דורות הבאים ,אזעלכע ביטערע [נסיונות] ,זיי האבן
זיך נאר ָ
שוין נישט געזען גארנישט ,און ווייסן נישט .דארף מען דאך סייעתא
דשמיא[ ,און מען דארף] שרייען" :געוואלד ,געוואלד ,וויאזוי קען
מען זוכה זיין צו אידישע דורות?" .ממילא דארף מען וויסן ,אז דאס
איז דער כח! אז דאס איז די עצה! אז מען איז אויף זיך 'מקבל עול
מלכות שמים' ,איז מיט דעם – 'אין אים' ליגט דאך די אלע כוחות פון
די דורות – איז דער אייבערשטער וועט העלפן ,וועלן מיר זוכה זיין
מיט סייעתא דשמיא" ,כי לא ידח ממנו נדח" ,וועלן מיר אויך זוכה זיין
צו 'דורות ישרים ומבורכים' ,אקעגן צו גיין מקבל זיין פני מלך משיח
צדקנו במהרה בימינו ,אמן.
4
אכ וזל"ק" :נח איש צדיק תמים היה בדורותיו כו' .עיין באלשיך שהקשה למה לא ז
כתיב בדורו ,כמו שאמרו חז"ל (תנחומא נח ,ה) אילו היה בדורו של אברהם אבינו
ע"ה כו' .וי"ל כי דרך הצדיקים לעבדו יתברך בכל כוחותם הנכללים בהם שהם
יוצאי יריכם ,כמו שנאמר (שמות א ,ה) יוצאי ירך יעקב כו' ,ולכל הנכללים בו
פועל בקבלתו עול מלכות שמים ,שאחר כך בהיותם בפרטיות יקבלו גם כן
עול מלכות שמים בשלימות ,ובנח היו נכללים כל ישראל שממנו נבנה העולם,
ותמצא רמז שהר"ת של נ'ח א'יש צ'דיק ת'מים ,גימטריא ישרא"ל ,וזהו שנאמר
שהיה צדיק תמים [בדורותיו] ,בכל דורותיו שנכללים בו".
אמרי מנחם /נח
Ƿ ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים דיבורים וסיפורים -
לפרשת נח
ברוגז אויף פרשת נח ,א מבול ,א פארשוועמעניש...
איך האב געהערט פונעם ָ
סאניקער דיין ,רבי מאטל שפאלטער
זכרונו לברכה ,אז דער בלאזשובער רב זצ"ל פלעגט נישט פירן
קיין טיש שבת פרשת נח .ער האט נישט געגליכן פרשת נח ...ער
פלעגט זאגן" :עה ,א פארשוועמעניש ."...הערשט ווען עס איז
געקומען פרשת לך לך איז ער געווארן גוט אויפגעלייגט" :אה ,דער
ברית בין הבתרים."...
נו ,אז עס איז נישט געווען קיין טיש פרשת נח ,איז דער ר' מאטל
געזעסן אין בית המדרש פרייטאג צונאכט ,און געלערנט
בחברותא מיטן אייניקל פונעם בלאזשובער רב ,ר' ישראלח זצ"ל (דער
שפעטערער בלאזשובער רב פון בארא פארק).
עס איז שוין געווען זייגער צוועלף ,רופט זיך אן ר' מאטל" :לאמיר
גיין זען וואו דער רבי האלט" .זענען זיי ביידע צוגעגאנגען צום
צימער און זיך געשטעלט נעבן דעם טיר ,דער טיר איז געווען אביסל
אפן ,האבן זיי געקענט אריינקוקן .האבן זיי געזען ווי דער בלאזשובער
רב איז אליין אין שטוב און ער זינגט" :אלקא דיליה יקר ורבותא,
פרוק ית ענך" וכו' ,מיט דעם באקאנטן בלאזשובער ניגון ,און ער
האט איבערגעזינגען דעם שטיקל נאכאמאל און נאכאמאל מיט
געוואלדיגע בכיות .אינמיטן האט דער בלאזשובער רב באמערקט ווי
איינער שטייט ביים טיר .גיבט ער א פרעג" :ווער איז דארט?" .האט
ער געענטפערט 'מאטל' ,רופט ער זיך אן" :קום אריין" .איז ר' מאטל
אריינגעגאנגען ,דערנאך האט ער באמערקט אז נאך איינער שטייט
דארט ,פרעגט ער" :ווער איז דארט? ישראל! קום דו אויך אריין!".
איז ער אויך אריינגעקומען אינעווייניג. בכ
רופט זיך אן דער בלאזשובער רב צו זיי" :עטץ זעט די לעכט? זיי
צאנקען און שרייען 'שבת קודש'! א פלא אויף די חכמינו ז"ל,
הרה"צ ר' ישראל ב"ר יהושע שפירא זצ"ל .נ' א' מרחשון תש"ן לפ"ק. ח
אמרי מנחם /נח
זיי זאגן 'מעין עולם הבא יום שבת מנוחה' ,הלואי זאל איך שפירן אזא
טעם אין עולם הבא ווי איך שפיר אינעם שבת קודש!".
רבי יאנקעלע ז"ל (מפשעווארסק) פלעגט דאך נישט אפקויפן יעדע
מעשה ,עס איז געווען אסאך מאל וואס איינער האט אים
פארציילט א מעשה ,און ער האט זיך אנגערופן" :די מעשה לייג איך
נישט אריין אין מיין בוזעם טאש" ,און עס איז געווען אמאל ווען ער
האט געזאגט פארקערט" :די מעשה לייג איך אריין אין בוזעם טאש".
אבער ווען איך האב אים פארציילט די מעשה וואס איך האב געהערט
פון ר' מאטל שפאלטער ,האט ער מיר געזאגט" :איך האב הנאה פון
דער מעשה! ווייל דער שווער (הרה"ק רבי איציקל זצ"ל) פלעגט
אויסרעכענען די 'שבת אידן' (וואס האבן געהאט א ספעציעלע עבודה אין שבת),
האט ער אויסגערעכנט דעם קאלאשיצער רב זצ"ל ,דעם פעטער רבי
חנה הערשט זצ"ל און דעם בלאזשובער רב .יעצט פארשטיי איך
פארוואס ער האט אים אריינגערעכנט!".
*
הרה"ק ר' צבי בהרה"ק ר' משה זי"ע מראזוואדוב
י' חשון תרע"ט לפ"ק
פלא'דיגע דיבורים נאך קידוש
דער טאטע זכרונו לברכה (הרה"צ מלאנצהוט זצ"ל) איז געווען א
ראזוואדובער חסיד (פון ר' הערשעלע זי"ע) .איינמאל איז דער
ראזוואדובער רב געווען אין ריישא אויף א שבת איז דער טאטע
אריינגעפארן קיין ריישא אויף שבת .דער ראזוואדובער רב איז
גכ
אריינגעקומען צום טיש און דער טאטע איז געשטאנען אונטערן רב.
אינמיטן די זמירות פאר קידוש ,אדער ווי נאר דער רב האט געענדיגט
קידוש ,גיבט ער זיך א דריי אויס צום טאטן ,און ער זאגט אים" :מיין
בנו של הרה"ק רבי נפתלי רובין זצ"ל חתן הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא ט
זי"ע.
אמרי מנחם /נח
היגער מחותן (ר' אלעזר ריישער) ,האט נאך געהערט צו די תלמידי בעל
שם" .דער טאטע האט שפעטער געזאגט ,אז די גאנצע זאך איז א
פלא און ער ווייסט נישט עד היום ,פארוואס ער האט זיך פונקט צו
אים אויסגעדרייט ,און וואו איז דאס דעמאלט אריינגעקומען צו רעדן
וועגן ר' אלעזר ריישער( .בדרך אגב ,דער טאטע איז נאך אויך געווען ביי ר' אלעזר
ריישער זצ"ל).
א קול פון גן עדן...
דער טאטע זכרונו לברכה פלעגט אלעמאל הערן פון זיין פאטער –
דער זיידע ר' חיים ראובן ,ווי ער האט גערעדט פונעם
ראזוואדובער רב ר' משה'לע ,אז זיין דאווענען איז געווען עפעס
מורא'דיג .און כאטש דער ר' הערשעלע האט אויך געדאווענט מיט א
געוואלדיגן נעימות ,אבער עס איז נישט מדמה צו זיין צום מתיקות
פון ר' משה'לע .און דער טאטע פלעגט אים אלעמאל פרעגן" :וואס
איז דארט געווען אזוי? ווי קען נאך זיין שענער ווי דער היינטיגער
ראזוואדובער רב'ס דאווענען?" .אבער וויפיל דער זיידע האט
פרובירט מסביר צו זיין דעם חילוק ,איז עס אים נישט אריינגעגאנגען.
נאכן קריג ,איידער מיר זענען געקומען אהער קיין אמעריקע ,זענען
מיר געווען אין אנטווערפן .איז דארט געווען א איד ר' הערשל
בירנבוים ע"ה ,ער איז געווען אזא תמימות'דיגער חסיד'ישער איד,
און ער איז נאך געווען ביי ר' משה'לע ראזוואדובער .האט אים דער
טאטע געפרעגט" :ר' הערשל ,זאגט נאר ,וואס איז געווען דער חילוק
אינעם דאווענען צווישן דעם ראזוואדובער רב ר' הערשעלע ביז צו
זיין פאטער ר' משה'לע?" .דער ר' הערשל איז געווארן אזוי פארלוירן
צו ענטפערן אויף אזא שאלה ...גיין זאגן 'מבינות' ...אבער ער איז
געווען א תמימות'דיגער ,און אז דער רב פרעגט עפעס מוז מען
ענטפערן ...איז ער געשטאנען אזוי מיט די אויגן אויף ארויף צום
דאך ,און זיך געמוטשעט צו טרעפן עפעס א ווארט וואס ער קען דא דכ
זאגן .ביז ער האט געגעבן אזא זאג" :וואס זאל איך אייך זאגן? ווען ר'
משה'לע האט געעפנט דאס מויל ,איז ארויס א קול פון גן עדן!" .ווי
דער טאטע האט דאס געהערט ,איז אים געווארן ליכטיג ...ער האט
אזוי הנאה געהאט פון דער הגדרה ,אז ער האט שוין נישט געדארפט
מער! ער האט שוין פארשטאנען דעם חילוק.
אמרי מנחם /נח
א רפואה נאכן אויפגעבן אלע האפענונגען
די באבע מלכהי ע"ה איז אמאל געווען שטארק נישט געזונט ל"ע,
איז זי געפארן קיין וויען צו א גרויסן דאקטער .און יענער האט איר
אונטערזוכט און ער האט אויפגעגעבן אויף איר ,אז עס איז נישטא
מער וואס צו טון ר"ל .האט דער זיידע ר' חיים ראובן געשיקט זיין
טאכטער ,די מומע חנטשעאי ע"ה צום ראזוואדובער רב ר' הערשעלע
מזכיר צו זיין .דער זיידע איז געווען א גוטער שרייבער ,האט ער איר
מיטגעגעבן א בריוו וואו ער האט ארויסגעגעבן זיין שווער הארץ ,אז
זי איז נישט געזונט און דא גיבט מען איר אויף ,און אזוי ווייטער.
זי איז געפארן קיין ראזוואדוב מיטן בריוו .דער ראזוואדובער רב
האט גענומען דעם בריוו און געליינט ,און ער איז געווארן ווייס ווי
דער וואנט .דערנאך האט ער זיך אנגערופן" :גיב אריין א טעלעגראם,
אז דער ראזוואדובער רב גאראנטירט א רפואה שלימה!" .נישט מער
און נישט ווייניגער .און זי האט טאקע געשיקט אזא טעלעגראם צום
פאטער.
ווען דער זיידע האט באקומען דעם טעלעגראם ,האט ער עס
באהאלטן פון יעדן איינעם ,ווייל ער האט זיך געשעמט צו ווייזן
אזא טעלעגראם ,בשעת ווען דער דאקטער האט אויפגעגעבן און עס
איז נעבעך אזא מצב.
צומארגנס ,קומט דער דאקטער אריין און ער זאגט" :ראבינער
וואגשאהל ,איך וויל אייך זאגן ,אז עס האט פאסירט
איינע גראוסע ענדערונג ביי אייער פראו"( .ער האט עס געזאגט אזוי אין
דייטש) .וואס איז געשען? זי האט געהאט לא עלינו א מחלה אינעווייניג,
נ' כ"ו סיון תרצ"ה ,אשת הרה"צ ר' חיים ראובן וואגשאהל זצ"ל -נ' כ"ה אדר י
הכ תרפ"ב ,ואמו של הרה"צ ר' אלטר יעקב יצחק זצ"ל -נ' כ"ו אייר תשכ"ז ,בת
הרה"ק ר' מנחם מענדל שפירא זי"ע מלאנצהוט -נ' י"ט כסלו תרע"ב ,בן
הרה"ק ר' אלעזר לאנצוטער בעל יודעי בינה – נ' י"ב אלול תרכ"ה.
הרבנית חנה ע"ה – נ' ו' כסלו תרצ"ד ומנו"כ בביה"ח החדש בעיר לאנצוט ,אשת אי
הרב רבי מרדכי אלעזר רובין אב"ד קארטשין (בן הרה"צ רבי אשר ז"ל בן הרה"צ
רבי שמואל ז"ל אב"ד קארטשין) .נ' בן מ"ב שנה ביום ד' תמוז תרצ"ב .לא זכו
להפקד בזש"ק.
אמרי מנחם /נח
און מען האט נישט געקענט אנקומען דערצו .אבער יעצט איז אלעס
ארויסגעקומען אויפן קערפער ,און אינעווייניג איז געווארן ריין.
"איצט זענען מיר בערוף דאס צו היילן" .יעצט האט שוין דער זיידע
ארויסגענעמען דעם טעלעגראם און געוויזן פארן דאקטער ,האט ער
גאטעס זאך ."...ווייל ער האט
וואר ,דאס איז א ָ
געזאגט" :עס איז ַ
אויך געזען אז דאס איז ממש א נס שלא כדרך הטבע.
רחמנא ליבא בעי
די מוטער פונעם פלאנטשער רב -די רביצין פון ר' משה'לע
ראזוואדובער זי"ע (דעם ייטב לב'ס טאכטער) -איז זייער נתפעל
געווען פונעם פלאנטשער רב'ס גאונות און התמדה בתורה ,וועלכע
האט גע'שמ'ט אין די גאנצע מדינה .האט זי אמאל געזאגט צו ר'
משה'לען" :דו ביסט א מבין צו אונזער אברהם חיים'ל?" .האט ער איר
געענטפערט" :דו דערציילסט מיר וואס אברהם חיים'ל איז?
הערשעלע'ס הארץ קען איך אזוי! און ער האט געגעבן אזא קנאק
מיטן פינגער (ווי עס שטייט דארט אין די משנה ביי די כהנים 'באצבע צרדה' ,יומא
פ"א מ"ז) ,ווי איינער זאגט" ,איך קען אים דורך און דורך".
אגב ,דער ראזוואדובער רב ר' הערשעלע איז אויך געווען א גדול
בתורה ,ער האט אמאל געזאגט" :ארבעה חלקי שולחן ערוך
קען איך מיך פארהערן מיט מיין ברודער דער פלאנטשער רב צו
יעדע צייט".
תמונת צדיק
דער טאטע ז"ל פלעגט כסדר גיין צום רבי'ן (הרה"ק מסאטמאר זי"ע) מיט
קוויטלעך ,און געווענליך פלעגט ווערן שיינע שמועסן צווישן
זיי ,מען האט גערעדט פון פריערדיגע צדיקים .דער טאטע האט
געהאט א בילד פונעם ראזוואדאווער רב רבי הערשעלע זצ"ל ,דער
טאטע האט אים דאך גוט געדענקט ,און דער בילד איז געווען זייער
א גוט בילד ,און דער רבי האט דאך אים אויך געקענט ,האט דער וכ
טאטע געוואלט וויסן וואס דער רבי וועט זאגן דערצו .זיצנדיג אמאל
מיטן רבי'ן ,האט דער טאטע ארויסגענומען דאס בילד ,און געזאגט
פארן רבין" :איך האב דא א בילד פון ראזוואדאווער רב ,זייער זייער
אן אריגינאלער בילד" .דער רבי האט דאס גענומען און געקוקט
אמרי מנחם /נח
דערויף פאר א שטיק צייט ,געקוקט און געקוקט אבער ער האט
גארנישט געזאגט.
4
זכ
להערות והארות:
845.459.5954
zy
לקבלת הקונטרס מדי שבוע:
mechonshinova@gmail.com
צו הערן די
דברי כיבושין והתחזקות
רופט 718-400-7790
