דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — נח (2026-10-12)

בעזהשי"ת
דברי חיזוק
פרשת נח
תורת אמת -איך בין אזוי נידריג און געפאלן, אמרי פנחס -וויאזוי קען איך האבן חן ביי
בין איך דען נישט גענצליך איבריג אויף דער השי"ת? [עמוד ג]
וועלט? [עמוד יט] רביה"ק מסאטמאר -מוסיף זיין אייגענע
זכרון זאת -דורך שבת קודש ווערט מען מעשים טובים ,כאטש וואס מען איז נישט
געזונט און שטארק [עמוד כב] מחוייב [עמוד ד]
אור לשמים -עס לוינט זיך נישט צו זיין א בעל הרה"ק מרוז'ין -פרוביר נישט צו שפרינגען
גאוה! [עמוד כד] העכער דיינע מדריגות! [עמוד ו]
זרע קודש -די גאנצע מסירות נפש און עבודת
אך פרי תבואה -זיי זיך משתתף אין דיין חבר'ס
ה' פון נח זענען משפיע פאר דיר! [עמוד ח]
צער ,אזוי קענסטו פועל'ן א ישועה פאר אים
[עמוד כה] זכרון זאת -א איד וואס איז דבוק אינעם
אויבערשטן ווערט קיינמאל נישט אין כעס
מי השלוח -דער כח פון בטחון קען דיר
[עמוד י]
שטארקן אפילו אין די שווערסטע מצבים!
[עמוד כט] תולדות יעקב יוסף -ווען מען נעמט אן די
יסורים מיט א שמחה ,איז מען ממתיק אלע
אור לשמים -אינזין האבן ביים ווארט 'ברוך' דינים! [עמוד י]
פונקט ווי ביים שם [עמוד ל]
תפארת שלמה -אינזין האבן ביים דאווענען
רביה"ק מסאטמאר -ווען נישט די הילף פון די נאר פאר גלות השכינה ,און אויטאמאטיש
'פרומע' וואלטן די ציונים קיינמאל נישט וועלן שוין די גשמיות'דיגע פראבלעמען אויך
געקענט אויספירן זייערע פינסטערע פלענער מסודר ווערן [עמוד יג]
[עמוד לב]
אמרות משה – דאווענען מיט ענוה און מיט
עבודת ישראל -מיט וואספארא פנים קען איך חיות [עמוד יד]
מיר שטעלן בעטן מחילה פון השי"ת? אמרי אמת -דער אויבערשטער קוקט אויף
[עמוד מ] דיין פנימיות'דיגע גוטס! [עמוד טו]
הרה"ק מרוזין זי"ע -דברי חיזוק להזמנים של בית אהרן -דער וואס איז מתפלל פערציג טעג,
עקבתא דמשיחא [עמוד מג] וועט זיכער געהאלפן ווערן! [עמוד יז]
חידושי הרי"ם -אפילו דער גרעסטער איד בית אהרן -דער אויבערשטער נעמט אן די
דארף שטענדיג האבן חיזוק [עמוד מו] תפילות פון די צעבראכענע אידן! [עמוד יח]
זיך איינצושרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון
ווי אויך פאר סיי וואספארא באמעקונגען
רופט /טעקסט צו מכון דברי חיזוק אויף 845-886-0123
און לאזט א מעסעדזש אויפן סיסטעם
אדער שיקט אן אימעיל צו
dc8458860123@gmail.com
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
חלק ניכר מקונטרס הזה הוא מעשי ידי אומן של
הרב רבי יוסף זצ"ל ב"ר אברהם שמואל יהודא שליט"א,
שהעתיק ,ערך ,וליבן חלק ניכר מקונטרס הזה ,אשתקד פר' נח תשפ"ו
נדפס לזכרו ולעילוי נשמתו
יה"ר שזכות הרבים יעמוד לו ולדורותיו לנצח ולנצחים
-א-
וויאזוי קען איך האבן חן ביי השי"ת?
וְ נֹח ָמ ָצא ֵחן ְב ֵעינֵ י ה' (ו ח)
און נח האט געפינען חן אין די אויגן פון השי"ת
הרה"ק רבי פנחס קאריצער זי"ע האט געטייטשט' :ונח' ,ווען א איד איז נח לבריות,
ער פירט זיך מיט מדות טובות בין אדם לחבירו ,דעמאלטס 'מצא חן בעיני ה'' ,איז
ער זוכה צו האבן חן ביי השי"תא.
א אמרי פנחס השלם פ' נח (אות י"ז) :ממוה"ר רפאל ז"ל ,מחמת שהיה נח לבריות
מצא חן.
-ג-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-ב-
מוסיף זיין אייגענע מעשים טובים ,כאטש וואס מען איז נישט מחוייב
ֵא ֶּלה תוֹ לְ ד ֹת נֹח (ו ,ט)
דאס זענען די קינדער פון נח
רש"י ערקלערט ,אז די כוונה פון דעם פסוק איז אויף די מעשים טובים פון
נח [אזויווי דער פסוק איז ממשיך ,אז נח איז געווען א צדיק] ,ווייל דער עיקר
קינדער פון די צדיקים איז ,זייערע גוטע מעשים.
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ברענגט פונעם הייליגן בני יששכר זי"ע (מאמרי
ראש השנה ,צילא דמהימנותא ,ז) ,אז דער חילוק צווישן 'מצוות' און 'מעשים טובים'
איז ,אז 'מצוות' גייט ארויף אויף די זאכן וואס מען איז מחוייב מצד הדין,
און 'מעשים טובים' גייט ארויף אויף די זאכן וואס א מענטש לייגט אליין צו,
כאטש וואס ער איז נישט מחוייב.
לויט דעם קען מען ערקלערן ,אז דאס וואס רש"י זאגט ,אז די כוונה פון
"אלה תולדות נח" ,איז אויף מעשים טובים ,רעדט ער פון די קרבנות וואס
נח האט מקריב געווען נאכן מבול ,וואס אויף דעם איז ער נישט געווען
מחוייב ,דעריבער ווערט דאס אנגערופן 'מעשים טובים'.
מען זעט פון די פסוקים שפעטער ,אז דורך די קרבנות וואס נח האט מקריב
געווען ,האט דער אויבערשטער געשוואוירן אז ער וועט מער נישט ברענגען
קיין מבול ,און די סיבה איז טאקע צוליב דעם וואס נח האט דא געטון א
-ד-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
זאך פון זיין אייגענעם ווילן וואס דער אויבערשטער האט אים נישט באפוילן
דערויף ,וואס נאר אויף אזא סארט ענין באקומט מען שכר אויף דער וועלט
(זע מהרש"א סוטה יד ,).קומט אויס ,אז נאר דורך די קרבנות איז געבליבן קינדער
פאר נח ,און זיינע דורות האבן זיך געקענט ווייטער ציען.
אויב אזוי קומט אויס ,אז דער פשוט'ער פשט פונעם פסוק "אלה תולדות
נח" ,וואס גייט ארויף אויף די קינדער פון נח ,איז פאראייניגט מיט דעם דרש
פון דעם פסוק [אז מען רעדט פון זיינע מעשים טובים] ,ווייל נאר דורך זיינע
גוטע מעשים וואס ער האט אליין צוגעלייגט ,וואס דאס איז די קרבנות ,נאר
דורכדעם זענען זיינע קינדער געבליבןב.
ב טיב לבב (עמ' כז) :וכתב הבני יששכר לפרש מה שמורגל בדברי חז"ל בכמה מקומות
הלשון מצוות ומעשים טובים ,דלכאורה היינו הך ,וביאר דמצוות קאי על מה
שמחוייבים מצד הדין ומעש"ט פירושו מה שמוסיפים מעצמו על החיוב עיי"ש .ובזה
יבואר הכתוב אלה תולדות נח ופירש"י שעיקר תולדותיהן של צדיקים מעשיהם
הטובים ,דכוונתו על מה שהקריב הקרבנות אחר המבול שבזה הציל את העולם שלא
יבא עוד מבול ,שזה נקרא 'מעשים טובים' על שהיה בלי ציווי והדרש מקושר עם
הפשט שעל ידי שעשה מעש"ט דהיינו הקרבנות נשארו לו תולדות בעולם .ולפי"ז
מובן מה שהפסיק לספר בשבחו ,שזה שייך שפיר לרישא דקרא ,שרק על ידי שהיה
צדיק והרבה מעשים טובים יותר מהחיוב והקריב הקרבנות ,מזה בא בשכרו שנשארו
לו תולדות בעולם.
-ה-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-ג-
פרוביר נישט צו שפרינגען העכער דיינע מדריגות!
ֵא ֶּלה תוֹ ְלד ֹת נֹח נֹח ִאיש צ ִדיק ָת ִמים ָהיָ ה ְבדֹר ָֹתיו (ו ט)
דאס זענען די קינדער פון נח ,נח איז געווען א צדיק א 'תמים' אין זיינע דורות
רש"י טייטשט אז די ווערטער "תולדות נח" גייען ארויף אויף זיינע מעשים טובים.
דער הייליגער רוז'ינער זי"ע איז מבאר ,אז ווען א צדיק קומט אן צו א געוויסע הויכע
מדריגה אין עבודת ה' לויט זיינע השגות ,דארף ער זיך היטן נישט צו קוקן און פרובירן
צו גיין העכער ווי זיין מדריגה ,אזוי ווי עס שטייט ביי משה רבינו (שמות ג ו) 'ויסתר
משה פניו כי ירא מהביט אל האלוקים' ,ווייל ווען א מענטש פרובירט צו דינען
השי"ת מיט עבודות וואס זענען העכער ווי זיינע מדריגות ,קען ער דורכדעם האבן
גאר גרויסע ירידות ח"ו.
די עצה וויאזוי א מענטש קען זיין אפגעהיטן פון שפרינגען צו מדריגות וואס באלאנגען
נישט צו אים ,איז דורכדעם וואס ער איז זיך מתבונן און טראכט אריין" :ווי אזוי איז
מעגליך אז איך ,א בשר ודם ,זאל קענען גיין אינעם פאלאץ פונעם מלך מלכי המלכים,
איך בין דאך ממש עפר ואפר" ,און דורכדעם וואס ער איז זיך מתבונן אין זיין שפלות,
וועט ער זיין אפגעהיטן פון זוכן עבודות וואס איז העכער זיין מדריגה.
דאס זאגט לערנט אונז דער פסוק' :אלה תולדות נח' ,ווען א מענטש איז שוין
אנגעקומען צו 'תולדות נח' ,דהיינו ער האט אסאך מעשים טובים ,און ער דינט
השי"ת מיט א הויכע מדריגה לויט זיינע השגות ,דעמאלטס 'נח' ,דארף ער זיך שוין
אפרוען און אפשטעלן ,און נישט פרובירן צו קוקן און גיין העכער ווי זיין מדריגה ,נאר
-ו-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
ער זאל זיך מתבונן זיין אז ער איז דאך נישט מער ווי 'עפר ואפר' ,ממילא דארף ער זיך
אפלערנען פון דעם 'יסוד העפר' וואס רועט שטענדיג אויף איין פלאץ .און מיט דעם
איז פארענטפערט די כפל הלשון פון 'נח נח'.
ס'איז אבער וויכטיג צו געדענקען ,אז אפילו א מענטש דארף טאקע זיין ביי זיך
בשפלות אזוי ווי 'עפר' ,וואס 'עפר' איז דאך די נידריגסטע פון די פיר יסודות 'אש
מים רוח עפר' ,דאך מיינט דאס נישט ח"ו אז ער זאל זיין בעצבות ומרה שחורה
ח"ו ,אדרבה ,ער דארף זיין בשמחה אז מיט דעם אלעם איז ער זוכה צו דינען
השי"ת .א רמז דערצו איז (פיוט לכה דודי) 'סוף מעשה במחשבה תחלה' ,דהיינו אפילו
א מענטש איז ביי זיך בבחינות 'סוף מעשה' ,וואס דאס ווייזט אויפן 'יסוד העפר'
וואס איז די לעצטע און נידריגסטע פון אלע יסודות ,דאך 'במחשבה תחלה',
'במחשבה' איז אותיות 'בשמחה' ,דהיינו אז די ערשטע זאך דארף ער וויסן צו זיין
שטענדיג בשמחהג.
ג עירין קדישין פ' נח :אלה תולדות נח נח איש צדיק תמים היה בדורותיו את האלקים התהלך
נח .ופירש"י ז"ל תולדותיהם של צדיקים מעשים טובים וכו' ,דהנה כשהצדיק בא למדרגה
הגדולה עד אין חקר ,שמביא חכמתו בכל מעשיו הטובים וקיום רצון השי"ת ,אזי צריך
להשפיל את עצמו ולא להסתכל ח"ו למעלה ממדריגתו ,כדכתיב במשה כי ירא מהביט אל
האלקים ,והעצה לזה שיתבונן במחשבתו האיך אני בשר ודם יכול לילך בהיכל המלך ואני
עפר ואפשר ,והגם שלפי השכל בחי' עפר הוא המדריגה התחתונה מכל הד' יסודות אש רוח
מים עפר ,אמנם סוף מעשה בחשבה תחלה ,על כן בחי' עפר הוא דוקא במחשבה ,אותיות
בשמחה .וזהו פירוש אלה תולדות נח ,היינו כשבא למדריגה הגדולה הנ"ל שנקרא תולדות
נח (שהם המעשים טובים) ,צריך לעמוד ולא להביט למעלה ,וזה יש ללמוד מיסוד העפר שהוא
דומם ונח ,וזהו נח נח.
-ז-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-ד-
די גאנצע מסירות נפש און עבודת ה' פון נח זענען משפיע פאר דיר!
נֹח ִאיש צ ִדיק ָת ִמים ָהיָ ה ְבדֹר ָֹתיו ֶּאת ָה ֱאל ֹ ִהים ִה ְתה ֶּל ְך נֹח (ו ט)
נח איז געווען א צדיק א 'תמים' אין זיינע דורות ,נח איז געגאנגען
מיט'ן אויבערשטן [ער איז געווען דבוק צו אים]
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע ברענגט בשם דעם אלשיך הק' וואס איז מדייק
דעם לשון רבים פונעם ווארט 'בדורותיו' ,וואס לכאורה וואלט געדארפט שטיין
'בדורו' בלשון יחיד ,אזויווי מיר געפינען ווייטער (ז א) אז הקב"ה האט געזאגט פאר
נח 'כי אותך ראיתי צדיק לפני בדור הזה' ,און עס שטייט נישט בלשון רבים
'בדורות הללו'.
נאר דער סדר פון די צדיקים איז ,אז זיי דינען השי"ת מיט אלע כוחות וואס ליגט
אין זיי ,וואס אין דעם איז אויך אריינגערעכנט די אלע דורות וואס וועלן
ארויסקומען פון זיי (וואס אלע זיינע דורות זענען נכלל אין אים) .און ווען דער צדיק איז
מקבל אויף זיך דעם עול מלכות שמים ,איז דאס משפיע אויף אלע זיינע דורות
וואס זענען נכלל אין אים ,און נאכדעם ווען זיין קומען אראפ אויף די וועלט ,קען
יעדער איינער פון זיי בפרטיות מקבל זיין אויף זיך דעם עול מלכות שמים מיט א
שלימות.
קומט אויס אז די גאנצע עבודה פון נח ,וואס ער האט געדינט השי"ת און מקבל
געווען אויף זיך דעם עול מלכות שמים מיט מסירות נפש ,שטייענדיג איינער
-ח-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
אליינס אקעגן די גאנצע וועלט ,דאס אלעס האט א השפעה אויפן גאנצן כלל
ישראל -וואס אלע שטאמען פון נח -אז זיי זאלן אויך פארמאגן אין זיך די אלע
הייליגע כוחות ,און דאס אויך קענען אויספירן בשלימות .און דאס איז מרומז אין
די ראשי תיבות פונעם פסוק נ'ח א'יש צ'דיק ת'מים ,וואס איז בגימטריא 'ישראל',
דאס ווייזט אז די אלע הייליגע כוחות פון די עבודה פון נח ליגט ביי יעדן איד
באזונדער .און דעריבער שטייט 'איש צדיק תמים בדורותיו' בלשון רבים ,דאס איז
מרמז אז נח איז געווען א 'צדיק תמים' מיט אלע זיינע דורות וואס זענען נכלל
געווען אין אים ,דהיינו אז ער האט געדינט השי"ת מיט אלע זיינע דורות.
דאס זאגט דער פסוק 'את האלקים התהלך נח' ,דאס מיינט אז נח האט
פארשפרייט השראת השכינה אין די גאנצע וועלט (ווייל דאס ווארט 'התהלך' ווייזט
אויף השראת השכינה ,אזוי דער פסוק זאגט (ויקרא כו יב) 'והתהלכתי בתוככם') ,ווייל זיינע
הייליגע כוחות ליגט אין יעדן איינציגסטן איד עד סוף כל הדורותד.
ד זרע קודש (ריש פרשת נח) :נח איש צדיק תמים היה בדורותיו כו' .עיין באלשיך
שהקשה למה לא כתיב בדורו ,כמו שאמרו חז"ל (תנחומא נח ,ה) אילו היה בדורו של
אברהם אבינו ע"ה כו' .וי"ל כי דרך הצדיקים לעבדו יתברך בכל כוחותם הנכללים
בהם שהם יוצאי יריכם ,כמו שנאמר (שמות א ,ה) יוצאי ירך יעקב כו' ,ולכל הנכללים
בו פועל בקבלתו עול מלכות שמים ,שאחר כך בהיותם בפרטיות יקבלו גם כן עול
מלכות שמים בשלימות ,ובנח היו נכללים כל ישראל שממנו נבנה העולם ,ותמצא רמז
שהר"ת של נ'ח א'יש צ'דיק ת'מים ,גימטריא ישרא"ל ,וזהו שנאמר שהיה צדיק תמים
[בדורותיו] ,בכל דורותיו שנכללים בו ,וזהו שנאמר את האלהים התהלך נח ,שפעל
השראת והתפשטות השכינה ,על דרך (ויקרא כו ,יב) והתהלכתי בתוככם שהוא לשון
טיול והתפשטות.
-ט-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-ה-
א איד וואס איז דבוק אינעם אויבערשטן ווערט קיינמאל נישט אין כעס
ֶּאת ָה ֱאל ֹ ִהים ִה ְתה ֶּל ְך נֹח (ו ,ט)
נח איז געגאנגען מיטן אויבערשטן [ער איז געווען באהאפטן צו אים]
דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע טייטשט' :נח' איז א לשון פון 'רואיגקייט' ,דאס איז
מרמז אז מען טאר נישט זיין קיין כעסן ,נאר מען דארף זיך פירן מיט א רואיגקייט.
דער פסוק איז מרמז" :את האלקים התהלך" – אויב א מענטש איז שטענדיג
באהאפטן און דבוק אין השי"ת ,דאן "נח" – איז ער זוכה זיך צו האלטן אלעמאל
רואיג ,און קיינמאל נישט ווערן אין כעסה.
-ו-
ווען מען נעמט אן די יסורים מיט א שמחה ,איז מען ממתיק אלע דינים!
צֹהר ת ֲע ֶּשה ל ֵת ָבה (ו ,טז)
[דער אויבערשטער האט געזאגט פאר נח ]:דו זאלסט מאכן א באלייכטער פאר די תיבה
דער הייליגער תולדות יעקב יוסף זי"ע שרייבט :דאס ווארט 'צהר' קען מען שרייבן
אויף דריי אופנים' :צרה'' ,רצה' ,און 'צהר' .דאס איז געווען די טיפע כוונה פונעם
אויבערשטן ,א ז ער האט געזאגט פאר נח ,אז ער זאל איבערדרייען פון 'צרה' [וואס
ה זכרון זאת (ד"ה ונח מצא חן) :את האלקים התהלך נח דהנה נח לשון נייחא דצריך להיות נייח
ולא כעסן וכן הפרושים הנ"ל ומזה בא למדרגות הנ"ל וקאמר את האלקים התהלך ,אם הוא
תמיד דבוק בה' ,נח על ידי זה בא נמי ממילא להיות נח.
-י-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
ווייזט אויף אלע צרות און יסורים] צו 'רצה' [וואס איז א לשון פון 'באוויליגן'] ,און דאן
וועט ווערן 'צהר' – א ליכטיגקייט ,ווייל אלע דינים און צרות וועלן בטל ווערן און
נמתק ווערן.
נח האט אבער נישט געקענט ממתיק זיין די דינים ,דעריבער האט ער אנגענומען די
ווערטער פונעם אויבערשטן לויט זייער פשוט'ן פשט ,אז ער זאל מאכן א באלייכטער
פאר די תיבה ,וואס דאס גייט ארויף אויף א פענסטער ,און דעריבער זאגט דער פסוק
(ח ,ו) ,אז אין די תיבה איז געווען א פענסטער.
די סיבה פארוואס נח האט טאקע נישט געקענט ממתיק זיין די דינים איז ,וויבאלד
אברהם אבינו איז נאכנישט געווען אויף דער וועלט ,און צוליב דעם האט נאך כמעט
נישט עקזיסטירט קיין מידת החסד אויף דער וועלט ,ווייל נאר אברהם אבינו האט
מגלה געווען בשלימות די מידת החסד (זע רש"י בראשית יא ,לב) .דעריבער האט נח
נישט געקענט ממתיק זיין די דינים ,און צוליב דעם איז ליידער געקומען די מבול,
אבער אברהם אבינו האט יא געקענט טרעפן די חסד וואס איז באהאלטן 'אין' די
דינים ,און דערמיט ממתיק זיין די דינים.
לויט דעם יסוד קען מען ערקלערן דעם פסוק אין פרשת בהעלותך (במדבר י ,ט)"ְ :ו ִכי
ָתבֹאו ִמלְ ָח ָמה ְבא ְר ְצ ֶּכם על הצר הצ ֵֹרר ֶּא ְת ֶּכם ו ֲה ֵרע ֶֹּתם ב ֲחצ ְֹצר ֹת וְ נִ זְ כ ְר ֶּתם ִל ְפנֵ י
יכם" [ווען איר וועט קומען אין א מלחמה אין אייער
יכם וְ נוֹ ש ְע ֶּתם ֵמאֹיְ ֵב ֶּ
ה' ֱאל ֹ ֵק ֶּ
לאנד ,אויף דעם שונא וואס האט אייך פיינט ,זאלט איר בלאזן מיט טרומפייטער'ס,
און דאן וועט איר דערמאנט ווערן פארן אויבערשטן ,און איר וועט געהאלפן ווערן פון
אייערע פיינט] .דער פסוק איז מרמז" :וְ ִכי ָתבֹאו ִמ ְל ָח ָמה ְבא ְר ְצ ֶּכם" – אויב וועט
קומען אויף אייך מלחמות און יסורים ,איז די סיבה דערצו" :על הצר הצ ֵֹרר ֶּא ְת ֶּכם"
-יא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
– וויבאלד ס'איז געבליבן 'הצר' ,און מען האט דאס נישט איבערגעדרייט צו 'רצה' און
'צהר' ,און די עצה וויאזוי מען קען יא ממתיק זיין די דינים איז" :ו ֲה ֵרע ֶֹּתם ב ֲחצ ְֹצר ֹת"
– איר זאלט בלאזן מיט טרומפייטערס ,וואס דאס איז א סימן וואס ווייזט אויף שמחה
(זע עקידת יצחק שער סז) ,דאס מיינט ,אז איר זאלט אננעמען די יסורים מיט א שמחה,
יכם" -וועט איר געהאלפן ווערן פון אייערע פיינט ,און
און דאן" :וְ נוֹ ש ְע ֶּתם ֵמאֹיְ ֵב ֶּ
ארויסגיין פון אלע צרות ,ווייל דורך שמחה איז מען זיך מקשר צו דעם באהאלטענעם
חסד וואס איז באהאלטן אין די דינים ,און דורכדעם ווערן אלע דינים נמתקו.
ו תולדות יעקב יוסף (ד"ה אמנם להבין) :והנה תיבת צהר יש בו ג' צרופים ,צר"ה רצ"ה צה"ר,
וכוונת הש"י שאמר לנח צהר תעשה אל התיבה ,שיהפך מן צרה רצה ,ויהי צהר למתק דינין
בשרשן כנ"ל .ובזה אמרו חז"ל (בר"ר לג ,ג) צדיקים מהפכין מדת הדין למדת הרחמים .ונח לא
הבין זה ,או לא רצה ,או לא יכול ,וסבר צהר הוא חלון ,ולכך ויפתח נח את חלון התיבה.
דקשה הא לא נצטווה לעשות חלון רק א"ל צהר .וכי תימא דסבר כמאן דאמר צהר היינו
חלון ,א"כ קשה לאידך מאן דאמר דסבירא לי' צהר הוא אבן טוב ,ואיך נח עשה חלון .אלא
שמע מינה דשניהם אמת ,והיינו לסברת נח הי' חלון ,ובאמת הש"י צהר רמז כנ"ל .אמנם י"ל
כי נח הבין כוונת הש"י למתק דינין בשרשן למצוא בו שרש חסד וכו' ,רק קודם שבא אברהם
לא נמצא חסד בעולם ,וזה שדרשו חז"ל וימת תרח בחרן (בראשית יא לב ,עי' רש"י) ,עד אברהם הי'
חרון אף של מקום וכו' ,וכשבא אברהם בא חסד לעולם .ובזה יובן משנה עשרה דורות מאדם
עד נח להודיע כמה ארך אפים לפניו ,שכל הדורות היו מכעיסין ובאין ,ומכל מקום האריך
אפו אולי יבא איזה צדיק שיוכל למתק דינין בשרשן ,וז"ש לנח צהר תעשה לתיבה ,שיהפך
מדת הדין למדת הרחמים מן צרה צהר ,והוא לא עשה כך כנ"ל ,לכך הביא מבול .מה שאין
כן מעשרה דורות של נח עד אברהם שנתגלה חסד בעולם ,שהוא מדת אברהם עצמו ,ויכול
למתק דינין בשרשן ,שמצא בדין שורש חסד ונעשה חסד מן הדין ,לכך קיבל שכר כולם ,והבן.
ובזה יובן וכי תבאו מלחמה בארצכם ,הסבה הוא על הצר הצורר אתכם .ר"ל משנשאר הצר,
שלא ידעו להופכו מן הצר צהר רצה וכנ"ל .לכך עצה היעוצה והרעתם בחצוצרות ,שהוא
תואר שמחה ,היפך תואר שופר שהוא חרדה ,כמ"ש בעקידה בזה יעו"ש (עי' שער סז) ,ועל ידי
שקיבל בשמחה נהפך מצרה רצה כמ"ש בשם מורי ז"ל.
-יב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-ז-
אינזין האבן ביים דאווענען נאר פאר גלות השכינה ,און אויטאמאטיש
וועלן שוין די גשמיות'דיגע פראבלעמען אויך מסודר ווערן
צֹהר ת ֲע ֶּשה ל ֵת ָבה ...ו ֶּפתח ה ֵת ָבה ְב ִצ ָדה ָת ִשים (ו ,טז)
דו זאלסט מאכן א באלייכטער פאר די תיבה ...און
די עפענונג פון די תיבה זאלסטו לייגן אין איר זייט
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע זאגט :די תורה לערנט אונז די וועגן וויאזוי צו
דאווענען פארן הייליגן באשעפער ,אז אונזער גאנצע כוונה מיט אלע אונזערע תפילות
זאל נאר זיין פאר דעם כבוד פונעם אויבערשטן ,ארויסצונעמען די שכינה פון גלות.
דאס איז מרומז אין דעם פסוק" :צֹהר ת ֲע ֶּשה ל ֵת ָבה" -דער וואס זאגט ארויס די
ווערטער פון תפילה ('תיבה' איז א לשון פון 'א ווארט') ,זאל זיין כוונה זיין' :צהר' ,וואס
דאס איז צוזמגעשטעלט פון צר ה' ,און דאס איז מרמז ,אז ער זאל שפירן די ענגשאפט
("צר") פון די שכינה וואס ווערט אנגערופן ה' (ווי באקאנט)" ,ו ֶּפתח ה ֵת ָבה" – און די
"ב ִצ ָדה ָת ִשים"
עפענונג פון אלע גשמיות'דיגע השפעות ווי פרנסה ,און אזוי ווייטערְ ,
– דאס זאלסטו לייגן אין דער זייט ,און נישט אינזין האבן אויף דעם ,ווייל אויב דו
וועסט אינזין האבן מיט יעדן ווארט צו גורם זיין ייחודים אויבן ,וועט שוין ממילא אויך
קומען די גשמיות'דיגע השפעות ,און אלע וועלטן וועלן ווערן אנגעפילט מיט שפע
און ברכה און פרנסה און אלעס גוטסז.
ז תפארת שלמה :א"י צהר תעשה לתיבה .התורה מלמדת אותנו דרכי התפלה להיות
העובר לפני התיבה כוונתו להתפלל רק על כבוד ה' לאוקמי שכינתא מעפרא .וזהו
-יג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-ח-
דאווענען מיט ענוה און מיט חיות
ית ָך ֶּאל ה ֵת ָבה (ז ,א)
ֹאמר ה' לְ נֹח בֹא א ָתה ְו ׇכל ֵב ְ
וי ֶּ
און דער אויבערשטער האט געזאגט פאר נח :קום
אריין ,דו און דיין גאנצע פאמיליע ,אין די תיבה
הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע האט געטייטשט :אז דו זאגסט א ווארט פארן
אויבערשטן ("תיבה" איז א לשון פון 'א ווארט') ,זאלסטו אריינגיין אינאיינעם מיט אלע דיינע
רמ"ח איברים אין דעם ווארט.
ס'איז געווען א געוויסער מענטש וואס איז געשטאנען דארט ,און האט געהערט דעם
טייטש פונעם קאברינער ,האט ער אים געפרעגט" :וויאזוי איז מעגליך ,אז א גרויסער
מענטש זאל אריינגיין אין א קליינע ווארט?" האט דער קאברינער געענטפערט" :פון
דעם מענטש וואס האלט זיך גרעסער פון דעם ווארט ,פון אזא מענטש רעדן מיר
נישט".
דערנאך האט ער אויסגעפירט ,דער פסוק זאגט (ו ,טז)" :צֹהר ת ֲע ֶּשה ל ֵת ָבה" ,די
ווארט .דאס מיינט ,אז דו זאלסט באלייכטן
כוונה איז :א ליכטיגקייט זאלסטו מאכן צום ָ
צה"ר צ"ר ה' תעשה לתיבה לאוקמי ה' תתאה כמ"ש ה"א לכם זרע .וכך דוד הוא
אומר בצרתה לי קראתי ויענני .בצר"ת ה' מיותרת כוונתו על ה' צר"ת ה' קראתי ל"י.
ופתח התיבה בצדה תשים .רמוז על פתיחת ההשפעות ופרנסות עוה"ז בצדה תשים
זה יהיה מן הצד ולא לכוון בה לעיקר כי זה יבא ממילא כשתכוון ותעשה היחוד בכל
תיבה וממילא יתמלאו כל העולמות שפע וברכה ופרנסה טובה וכל טוב .אמן.
-יד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
די ווערטער וואס דו זאגסט ארויס אין תורה און תפילה ,אז אלעס זאל זיין באלאכטן
מיט א חיות פונעם אויבערשטןח.
-ט-
דער אויבערשטער קוקט אויף דיין פנימיות'דיגע גוטס!
ו ָיבֹא נֹחֶּ ...אל ה ֵת ָבה ִמ ְפנֵ י ֵמי המבול (ז ,ז)
און נח איז אריינגעקומען צו די תיבה ,צוליב די וואסער פון די מבול
רש"י ברענגט פון חז"ל (בראשית רבה לב ,ו) ,אז נח איז געווען פון די קליינע מאמינים,
ער האט געגלייבט און נישט געגלייבט.
הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע פרעגט ,אז לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין,
ממה נפשך ,אויב האט ער געגלייבט ,איז נישט שייך צו זאגן אז ער האט נישט
געגלייבט ,און אויב האט ער נישט געגלייבט ,איז נישט שייך צו זאגן ,אז ער האט
געגלייבט? ווי אויך דארף מען פארשטיין ,וויאזוי קען מען זאגן אויף אזא צדיק ווי נח,
אז ער האט נישט געגלייבט ,דער אויבערשטער אליין האט דאך געזאגט אויף אים (ז,
א)" :כי אותך ראיתי צדיק לפני"?
ח אמרות משה :ויאמר ה' לנח בא אתה ובל ביתך אל התיבה .אז דו זאגסט אווארט לפני
השם יתברך אזי תכניס עצמך עם כל רמ"ח איברך להתיבה .והיה איש אחד שומע את דבריו
הנ"ל שאל לו איך אפשר שיכנס אדם גדול לתיבה קטנה והשיב לו פון דעם מענטשין וואס
ער האלט זיך גרעסער פון דעם ווארט פון דעם מענטשין רעדן מיר ניט .ואחר כך סיים צוהר
תעשה לתיבה אליכטיקייט זאלסטו מאכין צום ווארט רצ"ל שתאיר את התיבה היינו
הדיבורים היוצאים מפיך בתורה ותפלה יהיה עם חיות הבורא.
-טו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
נאר די טיפע כוונה פונעם מדרש איז ,אז נח איז דאן געווען אין א מדריגה פון אן עובד
ה' וואס קען נאך צומאל אראפפאלן פון זיין מדריגה ,אבער מיט דעם אלעם פלעגט
ער זיך תיכף שטארקן מיט א נייע אמונה ,צוריק אנצוהייבן מיט זיין עבודת ה' פונקט
ווי פריער ,און אין די רגע וואס ער איז אראפגעפאלן פון זיין קלארע אמונה ווערט
דאס אנגערופן אז ער האט נישט געגלייבט ,און אין די רגע וואס ער האט זיך מחזק
געווען מיט א נייע אמונה ווערט דאס צוריק אנגערופן אז ער גלייבט.
וויבאלד דער אויבערשטער ווייסט וואס טוט זיך טיף אינעווייניג אינעם מענטש,
דעריבער האט ער אים אנגערופן 'צדיק' ,ווייל ער האט מגלה געווען אז באמת איז נח
געווען א צדיק תמים מיט א ריינע אמונה שלימה ,ווייל אין זיין פנימיות איז באמת
געווען באהאלטן א פעסטע ,אומרירבארע אמונה ,און אזויווי מען זעט ,אז פון אים איז
ארויסגעקומען אזא הייליגער אייניקל ווי אברהם אבינו וואס איז געווען דער סימבאל
פון אמונה (זע בראשית טו ,ו; נחמיה ט ,ח)ט.
ט אמרי אמת (לא נרשם השנה ,סעודה שניה) :ובזה י"ל בביאור המד' אף נח מקטני אמנה הי' מאמין
ואינו מאמין וכו' אשר קשה להבין מאי ענין מאמין ואינו מאמין ממ"נ אם הי' מאמין לא הי'
אינו מאמין ,וגם אין יתכן לומר אינו מאמין על איש צדיק כזה אשר הש"י בעצמו אמר לו כי
אותך ראיתי צדיק לפני .אמנם כן י"ל בכוונת המד' שנח היה אז בבחי' העובד אשר עדיין
יקרה לו לפעמים בחי' נפילה ח"ו ממדרגתו ובכ"ז הוא מתחזק תיכף באמונה חדשה להתחזק
בעבודתו כבראשונה ועל אותו הרגע שהי' בבחי' נפילה נק' אינו מאמין וברגע התחזקו
באמונה חדשה נק' שוב מאמין וזהו ענין נח הי' מאמין ואינו מאמין והש"י הצופה נסתרות
הגיד מראשית אחרית דבר הטוב שבו שבאמת נח איש צדיק תמים באמונה שלימה וע"ז
נאמר לו כי אותך ראיתי צדי"ק לפני כי באמת סופא דדרגין דילי' הי' אמונה שלימה כיתד
במקום נאמן שלא ימוט לעולם כאשר כן ראינו נצר משרשו בקדושה יפרח אאע"ה אשר עליו
נאמר ומצאת את לבבו נאמן ,ובתורה והאמין בה'.
-טז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-י-
דער וואס איז מתפלל פערציג טעג ,וועט זיכער געהאלפן ווערן!
ויְ ִהי ִמ ֵקץ א ְר ָב ִעים יוֹ ם ו ִי ְפתח נֹח ֶּאת חלוֹ ן ה ֵת ָבה ֲא ֶּשר ָע ָשה (ח ,ו)
און ביי די ענדע פון פערציג טעג האט נח געעפנט
די פענסטער פון די תיבה וואס ער האט געמאכט
(דער טאטע פונעם בית אהרן זי"ע) הרה"ק רבי אשר הגדול פון סטאלין זי"ע
זאגט :דער מדרש ברענגט (במדבר רבה יא ,ב) ,אויפן פסוק (שיר השירים ב ,ט):
"משגיח מן החלונות" ,אז די כוונה איז ,אז דער אויבערשטער איז משגיח
אויף אונז אין זכות פון די אבות.
דער טעם פארוואס די אבות ווערן אנגערופן 'חלון' קען מען ערקלערן ,ווייל
'חלון' איז א לשון פון תפילה (אזויווי דער פסוק (שמות לב ,יא)" :ויחל משה") ,און
די אבות שטייען שטענדיג און זענען מתפלל אויף כלל ישראל אן אויפהער,
אז דער אויבערשטער זאל מוחל זיין אויף זייערע עבירות ,און משפיע זיין פאר
זיי אלעס גוטס.
לויט דעם [אז תפילה ווערט אנגערופן 'חלון'] קען מען ערקלערן דעם פסוק:
"ויְ ִהי ִמ ֵקץ א ְר ָב ִעים יוֹ ם" – נאכדעם וואס א מענטש איז מתפלל פערציג
טעג אויף אן ענין" ,ו ִי ְפתח נֹח ֶּאת חלוֹ ן ה ֵת ָבה" – עפנט דער אויבערשטער
אויף די תפילות ,ווייל דאן נעמט ער אן די תפילות ,אזויווי עס שטייט אין
-יז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
זוהר חדש ,אז איינער וואס איז מתפלל אויף איין זאך במשך פערציג טעג
וועט זיכער געהאלפן ווערןי.
-יא -
דער אויבערשטער נעמט אן די תפילות פון די צעבראכענע אידן!
רבי אשר פון סטאלין איז ממשיך :איך האב געהערט פון מיין הייליגן רבי'ן רבי שלמה
פון קארלין זי"ע ,אויף די ברכה (ברכת יוצר)" :הפותח בכל יום דלתות שערי מזרח",
אז די כוונה איז ,אז דער אויבערשטער עפנט אויף יעדן טאג די טויערן פון הימל ,פאר
די אלע וואס שפירן זיך אין א מצב פון 'דלות' – ארעמקייט ,און נידריגקייט ,פאר זיי
עפנט ער אויף אלע טויערן אנצונעמען זייערע תפילות און משפיע זיין אלע ישועותיא.
י בית אהרן (כתבי קודש מר' אשר הגדול מסטאלין ,פר' נח) :ויהי מקץ ארבעים יום ויפתח נח את
חלון התיבה כו' איתא במדרש .דומה דודי לצבי וכו' .הנה זה עומד אחר כתלנו זה
כותל מערבי שאינו נחרב לעולם .משגיח מן החלונות בזכות האבות .מציץ מן החרכים
בזכות האמהות .ונוכל לומר .כי האבות נקראים חלון .כי חלון הוא לשון תפלה מלשון
ויחל משה .כי האבות עומדים תמיד ומבקשים עבור ישראל למחול להם עונותיהם
ולהשפיע להם כל טוב .וזהו ויהי מקץ ארבעים יום ויפתח נח את חלון התיבה .היינו
מקץ ארבעים יום פתח הקב"ה את חלון התיבה ששמע התפלות .עפ"י דאיתא בזוה"ח
הק' מי שמבקש על איזה דבר מ' יום בודאי נענה מדכתיב ארבעים יום.
יא בית אהרן (כתבי קודש מר' אשר הגדול מסטאלין ,פר' נח) :ושמעתי מפה קדוש אדומו"ר הרב
ר' שלמה זצ"ל .על פסוק הפותח בכל יום דלתות שערי מזרח וכו' שהקב"ה פותח
בכל יום לכל הבחי' של דלות ועניות דלית ליה מגרמי' כלום .פותח להם שערי מזרח
ובוקע חלוני רקיע.
-יח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-יב -
איך בין אזוי נידריג און געפאלן ,בין איך דען נישט גענצליך איבריג אויף דער וועלט?
ֹאמר ה' ֶּאל לִ בוֹ לֹא א ִֹסף ְלק ֵלל עוֹ ד ֶּאת ָה ֲא ָד ָמה (ח כא)
ו ָירח ה' ֶּאת ֵריח ה ִניחֹח וי ֶּ
און דער אויבערשטער האט געשמעקט כביכול די געשמאקע
גערוך פון די קרבנות ,און ער האט כביכול געזאגט צו זיך:
"איך וועל מער נישט ברענגען א קללה אויף דער ערד"
הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע שרייבט :דער עיקר זאך אויף וואס די וועלט
שטייט איז 'יראת שמים' ,אזוי ווי חז"ל זאגן (ברכות לג' ):אין לו להקב"ה בעולמו
אלא אוצר של יראת שמים' (די עיקר זאך וואס הקב"ה וויל פון די דאזיגע וועלט איז דאס
יראת שמים) ,און אזויווי עס שטייט אין פסוק (ישעי' סו ב) 'ואל זה אביט על עני
ונכה רוח וחרד על דברי' (פון אלע זאכן אין די וועלט אינטרעסירט זיך השי"ת די מערסטע
אין איינער וואס האט יראת שמים).
דאס איז מרומז דא אינעם פסוק' :וירח ה' א'ת ר'יח ה'ניחוח' ,וואס איז ראשי
תיבות 'יראה' ,אז ווען הקב"ה האט געזעהן אז עס וועלן זיין אויף די וועלט אידן
מיט יראת שמים ,האט ער געזאגט 'לא אוסיף לקלל עוד את האדמה'.
דער וועג וויאזוי מען קען צוקומען צו ריכטיגע יראת שמים ,איז דורך ענוה ושפלות,
דהיינו ווען א מענטש מאכט א חשבון הנפש און ער זעט איין זיינע שוואכקייטן און
חסרונות ,ווייל עס איז דאך באמת נישט דא קיין שום מענטש וואס איז גענצליך
אויסגעהאלטן ,דעמאלטס ווערט זיין הארץ אינגאנצן צוגאנגען קעגן די גרויסקייט
פון השי"ת ,און ער באקומט אמת'ע יראת שמים.
-יט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
אבער תיכף ווען א מענטש איז זוכה צו אמת'ע יראת שמים און ער שפירט זיין
געוואלדיגע שפלות ,דארף ער גלייך שטארקן ביי זיך אין הארץ זיין בטחון אין
די חסדים פון השי"ת ,און וויסן אז אין סיי וואספארא נידריגע מצב ער זאל
נאר נישט זיין ,דאך איז ער גאר טייער און חשוב ביי השי"ת ,ווייל מען קען
פארשטעלן די געוואלדיג תענוג און נחת רוח וואס השי"ת האט פון
זיך נישט ָ
די עבודה פון יעדן איד ,אפילו ער איז אויף גאר א נידריגע מדריגה.
אזויווי דוד המלך ע"ה האט געזאגט (תהלים קיט צב) 'לולי תורתך שעשועי אז
אבדתי בעניי' ,און חז"ל זענען מסביר ,אז דוד המלך ע"ה האט געזאגט פאר
השי"ת ,ווען נישט וואס דו האסט געווארנט אין די תורה אז א מענטש טאר
זיך נישט נעמען דאס לעבן ,וואלט איך ח"ו זיך מאבד געווען פון די וועלט.
ווייל צוליב זיין געוואלדיגע עניוות האט דוד המלך זיך אנגעקוקט מלא חסרונות,
און ער האט זיך געשפירט גענצליך איבריג אויף די וועלט ,אבער ווען ער האט
געזען אז הקב"ה האט גע'אסר'ט פאר סיי וועלכער מענטש זיך צו נעמען דאס
לעבן ,דאס האט אים מחזק געווען ,ווייל פון דעם זעט מען קלאר אז סיי
וועלכער איד ,און סיי וועלכע מצב ער געפינט זיך ,האט א געוואלדיגע חשיבות
ביי השי"ת.
דער זעלבער ענין איז אויך געווען ביי נח ,אזוי ווי מיר געפינען אין מדרש אז
נח האט זיך אנגעקוקט אז ער איז אין די זעלבע מדריגה פון זיין דור ,ער האט
נישט פארשטאנען פארוואס דוקא אים האט השי"ת אויסגעקליבן צו בלייבן
לעבן .ווייל איינער וואס איז א אמת'ער ירא שמים קוקט זיך אן ווי די ערגסטע
-כ-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
מענטש פון די וועלט ,אבער דאך שטארקט ער זיך ,און ער ווייסט אז ער איז
גאר חשוב אין טייער ביי השי"תיב.
יב תורת אמת פ' נח ,ד"ה וירח [ג] :וירח ד' את ריח הניחוח ,בפסוק זה רמז כל
עניני קיום העולם ,ועיקר קיום העולם הוא הירא ,כמארז"ל אין לו להקב"ה בעולמו
אלא אוצר של י"ש בלבד ,ע"כ ר"ת 'ה' 'את 'ריח 'הניחוח אותיו' ירא"ה ,כי זה
עיקר קיום העולם ,כדכתיב ואל זה אביט אל עני ונכה רוח וחרד על דברי ,הוא
הירא את ה' באמת ,בהעלותו על לבו שפלותו וחסרונותיו ,כי מי יאמר זכיתי לב,
ונמס לבו בקרבו ונרתע לאחוריו נגד רוממות הש"י ,אך תיכף עם היראה האמיתית
ילבש עוז הבטחון בד' ,כמאמר דהמע"ה לולא תורתך שעשועי אז אבדי בעניי ,ואמרו
ז"ל במד' אמר דוד לולא אשר הזהרת בתורה שלא לאבד עצמו הייתי מאבד עצמי
מן העולם ,פי' בזכרי שפלותי וחסרונותי ,אך כאשר אראה בתוה"ק שהזהרת שלא
לאבד עצמו ,מזה נראה כי חפץ חיים הוא לכל ,וזאת תתן להירא מבטח עוז לבטוח
בד' ,כדכתיב יראו את ה' קדושיו כי אין מחסור ליראיו ,ואמרו במד' ע"פ אנשי
דמים ומרמה זה דור המבול ,אמר נח מה ביני לביניהם ,אלא ואני אבטח בך ,כי
הירא באמת הוא שפל בעיניו ומחזיק עצמו לגרוע שבעולם ,רק שבטחון שלו הוא
בד' ,פ"א מדבר בדוד ,אנשי דמים זה דואג ואחיתופל ,מה ביני לביניהם אלא אבטח
בך ,וזה פי' ונח מצא חן בעיני ה' שדרשו במד' וי"ו של ונח ג"כ כנ"ל ,אלא שמצא
חן ,היינו שבאמת הי' לבו נשבר ומחזיק עצמו כמוהם אלא שחיזק עצמו מצד בטחונו
בה' ,וראשית זה הענין היה בנח ,והגמר בדהמע"ה ,וכמד' הנ"ל ,מדבר בנח ,מדבר
בדוד ,והוא הענין ואל זה אביט אל עני ונכה רוח וגו' ,הוא הי"ש לאמיתו אשר
ההתחלה הי' בנח והגמר בשלימות יהי' במשיח צדקנו שכתוב בו והריחו ביראת ה',
וזהו הרמז וירח 'ה' 'את' 'ריח' 'הניחוח' ר"ת אותיות ירא"ה וס"ת גי' משי"ח ב"ן
דו"ד כנ"ל.
-כא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-יג -
דורך שבת קודש ווערט מען געזונט און שטארק
עֹד ׇכל יְ ֵמי ָה ָא ֶּרץ זֶּ רע וְ ָק ִציר וְ קֹר וָ חֹם וְ קיִ ץ וָ ח ֶֹּרף ְויוֹ ם ָוליְ ָלה לֹא יִ ְשבֹתו (ח ,כב)
דער סדר פון אלע טעג פון די וועלט וועלן ווייטער אנגיין :דער צייט פון
איינזייען [הערבסט] ,פון קעלט [אנהויב ווינטער] ,פון אפשניידן (פרילינג),
פון היץ [אנהויב זומער] ,פון זומער [סוף זומער] ,און פון ווינטער
[סוף ווינטער] – זיי אלע וועלן מער קיינמאל נישט צעשטערט ווערן.
דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע ערקלערט די כוונה פון דעם ווארט "עוד" ,אז
א פסוק פריער שטייט ,אז דער אויבערשטער האט געשוואוירן ,אז ער וועט מער
נישט חרוב מאכן די וועלט אזויווי ס'איז געווען ביים מבול ,און יעצט האט ער
געזאגט "עוד" – איך לייג צו דערויף נאך א פרט ,אז נישט נאר וואס די וועלט
וועט נישט חרוב ווערן אינגאנצן ,וועט אויך נישט זיין קיין שום קרענק און
שוואכקייטן אויף דער וועלט ,וואס דאס אלעס קומט פון די פארענדערונגען אין
די וועטער ,דעריבער האט דער אויבערשטער געשוואוירן ,אז די אלע סעזאנען פון
די יאר ,זומער און ווינטער ,און אזוי ווייטער ,וועלן אנגיין ווייטער אומגעשטערט,
און אויב אזוי וועט נישט זיין קיין שום פארענדערונג אין די וועטער ,וואס ברענגט
צו מחלות.
*
א טיפערן פשט קען מען ערקלערן אויף די ווערטער "לא ישבותו" ,לויט ווי דער
זוהר הקדוש זאגט (פר' בראשית ,מח ,):אז דער פסוק (ישעיה יד ,ג)" :ביום הניח לך
-כב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
ה' מעצבך ומרגזך" [אין דעם טאג וואס דער אויבערשטער וועט דיר בארואיגן
פון דיין טרויער און פון דיין כעס] גייט ארויף אויף שבת קודש ,און דער פשט
פונעם פסוק וועט זיין" :ביום" – דורך דעם הייליגן טאג פון שבת" ,הניח לך ה'
מעצבך ומרגזך" – וועט דיר דער אויבערשטער בארואיגן פון דיין טרויער און דיין
כעס ,אפילו אין די וואכנטעג ,ווייל שבת קודש איז א געוואלדיגער עת רצון ,וואס
דאן איז מסוגל צו פועל'ן אלעס גוטס ,אז אפילו אינדערוואכן זאל נישט זיין קיין
שום שלעכטס.
לויט דעם קען מען ערקלערן דעם פשט אין דעם פסוק אזוי" :לא" – אויב ס'איז
נישט אזוי ,דאס הייסט ,אז ס'איז ליידער יא דא א פארענדערונג אין די וועטער,
וואס דאס קען ברענגען מחלות און שוואכקייטן ,דאן איז די עצה דערויף:
"ישבותו" – איר זאלט זען צו מקבל זיין דעם שבת ריכטיג ,און דורך שבת וועט
אלעס פארראכטן ווערן ,אז די גופים זאלן זיין געזונט ווי ס'דארף צו זיין ,מיטן
גאנצן שלימותיג.
יג זכרון זאת (פר' ויקהל ,ד"ה עוד פירשנו) :עוד כל ימי הארץ זרע וקציר וכו' .דהנה למעלה
כתיב שנשבע הקב"ה שלא לשחת הארץ עוד כלל ואמר עוד נוסף על זה אני עושה
שלא להיות אפילו שום חולשת ר"ל שלא יהיה שינוי האויר כלל .וזה עוד נוסף על
השבועה יהיה כל ימי הארץ זרע וקציר בזמנו וכן קור וחום קיץ וחורף יום ולילה לא
ישבותו .ועוד פירשנו לא ישבותו למטה דהנה פי' ביום הניח לך ה' מעצבך ומרגזך כו'
פשוט דקאי על שבת וי"ל ביום בהשבת הניח ה' לך מעצבך בימי החול אפילו ,וכן מרגזך
וכו' כי בשבת קודש בעת רצון תפעול כל טוב .וזה י"ל לא פי אם לא כן כי אם יש
שינוי האויר חלילה מה תעשה ,ישבותו וראוי לשבות ובשבת יתקנו להיות בריאות
הגופים כראוי.
-כג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-יד -
עס לוינט זיך נישט צו זיין א בעל גאוה!
ֶּאת ק ְש ִתי נָ ת ִתי ֶּב ָענָ ן (ט יג)
איך האב אריינגעלייגט מיין בויגן אין א וואלקן
דער הייליגער אור לשמים זי"ע שרייבט :א מענטש דארף שטענדיג זיין ביי זיך
בענוה ובשפלות ,און אפילו ער האט זוכה געווען צו לערנען אסאך תורה און צו
דינען השי"ת ,דאך טאר ער זיך ח"ו נישט האלטן גרעסער ווי א צווייטן וואס
האלט נישט ביי די מדריגה ,נאר דארף ער זיך באטראכטן כאילו ער האט נאך
גארנישט געטון.
אזויווי איך האב געהערט פונעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע ,וואס ער האט
געטייטשט דעם פסוק (תהלים צט ז) 'בעמוד ענן ידבר אליהם' ,אז אפילו א מענטש
וואס איז אין גאר א הויכע מדריגה ,עד כדי כך אז ער איז זוכה צו 'ידבר אליהם',
אז הקב"ה כביכול רעדט מיט אים און די הייליגע שכינה רועט אויף אויף אים,
דאך דארף ער זיין ביי זיך ווי א 'עמוד ענן' ,א וואלקן ,וואס דאס ווייזט אויף
טונקלקייט ,אז ער זאל זיך באטראכן כאילו ער איז נאך טונקל אין ער האלט נאך
אין ערגעץ נישט.
דאס זאגט דער פסוק דא 'את קשתי נתתי בענן' ,דאס ווארט 'קשתי' איז מרמז
אויף די י"ג מדות של רחמים ,און השי"ת זאגט אונז ,פאר וועמען וועל איך משפיע
זיין די מדת הרחמים' ,נתתי בענן' ,איך וועל דאס געבן פאר אזא איינער וואס איז
-כד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
בבחינת 'ענן' ,ער האלט זיך טונקל ווי א וואלקן ,דהיינו ער איז ביי זיך בענוה
ובשפלות ,און נישט ח"ו בגיאות ובגדלותיד.
-טו -
זיי זיך משתתף אין דיין חבר'ס צער ,אזוי קענסטו פועל'ן א ישועה פאר אים
ֶּאת ק ְש ִתי נָ ת ִתי ֶּב ָענָ ןְ ...ו ָהיָ ה ְבענְ נִ י ָענָ ן על ָה ָא ֶּרץ ְונִ ְר ֲא ָתה
יכם...
יתי ֲא ֶּשר ֵבינִ י ו ֵבינֵ ֶּ
ה ֶּק ֶּשת ֶּב ָענָ ן :וְ זָ כ ְר ִתי ֶּאת ְב ִר ִ
וְ לֹא יִ ְהיֶּ ה עוֹ ד המיִ ם לְ מבול לְ ש ֵחת ׇכל ָב ָשר (ט יג-טו)
איך האב אריינגעלייגט מיין בויגן אין א וואלקן ...און ווען איך וועל וועלן ברענגען
א פינסטערע צרה אויף דער וועלט ,און עס וועט געזען ווערן דעם בויגן אין די
וואלקן .און איך וועל געדענקען ביין בונד וואס איז צווישן מיר און צווישן אייך...
און עס וועט מער נישט קומען קיין מבול צו פארדארבן אלע באשעפענישן
הרה"ק רבי הערשלע ליסקער זי"ע איז מרמז אין די פסוקים א געוואלדיגע בחינה,
לויט דעם וואס דער בעל עקידה איז מבאר דעם ענין וואס א מענטש קען מתפלל
זיין אויף זיין חבר בשעת זיין חבר געפונט זיך אין א צרה ,לכאורה האט דאך השי"ת
יד אור לשמים פ' נח :את קשתי נתתי בענן וכו' .כי האדם צריך להיות אפס ואין ושפל בדעתו,
הגם שזוכה לתורה הרבה ועבדות הש"י ,מ"מ צריך להיות בעיני עצמו שעדיין לא פעל ועשה
כלום ,וכאשר ששמעתי מכאדמו"ר מוה' יעקב יצחק זצללה"ה פירוש הפסוק (תהלים צט ,ז)
בעמוד ענן ידבר אליהם ,הגם שזוכה לדבורו של הקב"ה והשראות השכינה עליו ,צריך להיות
בחינת ענן ,לשון חשכות ,וזה פירוש הפסוק את קשתי -דהיינו שאני נותן רחמים שלי ,לשון
כי קשאי (ע' חגיגה יג ).שמרומז על הדיקנא קדישא ,בחינת רחמים גמורים מי"ג מדות של רחמים,
ועל ידי מי ,בענן -מי שהוא בחינת ענן ,כנ"ל.
-כה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
זיכער געברענגט די צרה אויף זיין חבר צוליב אן עונש אויף א עבירה וכדו' ,אויב
אזוי וויאזוי קען ער קומען בעטן אז השי"ת זאל אוועק נעמען די צרה .נאר וויבאלד
ער איז זיך משתתף אין די צער פון זיין חבר ,און ער האט אויך צער דערפון ,און
פאר אים קומט זיך דאך נישט די דאזיגע צער ,ממילא איז דאך נישט מער ווי רעכט
אז השי"ת זאל אויך מוחל זיין פאר זיין חבר ,כדי אז ער זאל נישט האבן קיין צער
פון זיין חבר'ס צרה.
דאס איז פשט אין די ווערטער פון גמרא (ברכות לב ,).אז בשעת'ן חטא העגל האט
השי"ת געזאגט פאר משה רבינו 'לך רד מגדולתך' ,און משה רבינו איז שוואך
געווארן דערפון און האט נישט געהאט קיין כח צו רעדן ,אבער נאכדעם וואס ער
האט געהערט ווי השי"ת זאגט 'הרף ממני ואשמידם' ,האט ער זיך געשטארקט און
מתפלל געווען פאר כלל ישראל .לכאורה דארף מען פארשטיין ,פארוואס באמת
האט אים השי"ת געזאגט 'לך רד מגדולתך'?
נאר השי"ת האט געוואלט אז משה רבינו זאל מתפלל זיין פאר די אידן ,ממילא
האט אים געזאגט 'לך רד מגדולתך' כדי משה רבינו זאל זיך אויך מצער זיין מיט
די צרה פון די אידן ,און דורכדעם וועט ער האבן א כח צו מתפלל זיין פאר זיי,
אבער משה רבינו האט נישט פארשטאנען די כוונה פון השי"ת ,נאר ער האט
געמיינט אז השי"ת איז ברוגז אויף אים ,ממילא איז ער שוואך געווארן ,אבער
דערנאך ווען השי"ת האט געזאגט 'הרף ממני ואשמידם' ,און ער האט פארשטאנען
אז אלעס ווענדט זיך אין זיין תפילה ,דעמאלטס האט ער פארשטאנען אז דאס
וואס השי"ת האט געזאגט 'לך רד מגדולתך' איז נאר געווען כדי אז ער זאל מתפלל
זיין פאר די אידן ,און ממילא האט ער זיך תיכף געשטארקט און מתפלל געווען
פאר זיי.
-כו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
עס קען זיין אז אויך ביים דור המבול ,אויב נח וואלט זיך געשטארק צו מתפלל
זיין פאר זיי ,און ער וואלט מיטגעפילט מיט זייער צער ,וואלט ער זיי געקענט
דורכדעם ראטעווען ,אבער נח האט דאס נישט אין אכט גענומען דאס צו טון,
און די סדר פון השי"ת איז אז עס איז נישט משפיע חסדים ָאן אן אתערותא
דלתתא ,ממילא איז די גאנצע דור פארלוירן געווארן פונעם מבול .אבער נאכן
מבול ווען נח האט מקריב געווען די קרבנות ,און השי"ת האט דעמאלטס געזאגט
אז ער וועט מוחל זיין די קומענדיגע דורות אויב זיי וועלן זינדיגן ,שרייבט דארט
די תורה (ח כא) 'וירח ה' את ריח הניחוח' ,אז הקב"ה האט באמת געוואלט אז
נח זאל מתפלל זיין אויף זיין דור ,אז השי"ת זאל זיי מוחל זיין און זיי זאלן
געראטעוועט ווערן פון די מבול.
ממילא האט השי"ת געזאגט ,אז פון היינט און ווייטער וועלן די צדיקים פון יעדן
דור אויך שפירן די צער פון די עונש וואס קומט אויף דור ,און זיין וועלן זיך
אויך דארפן משתתף זיין מיט די צער פונעם ציבור ,כדי אז דורכדעם זאלן
מתפלל זיין אויפן דור ,און דורך זייער תפלה וועט דער דור געראטעוועט ווערן
פונעם עונש.
דאס זאגט דער פסוק 'את קשתי נתתי בענן' ,דער צדיק ווערט אנגערופן (בספרי
קבלה) 'קשת' ,און דאס ווארט 'ענן' ווייזט אויף א צרה ,וואס איז טונקל ווי א
וואלקן .און השי"ת האט געזאגט 'את קשתי נתתי בענן' ,אז אויך דער צדיק
וועט פון היינט און ווייטער מוזן שפירן די צרה' ,והיה בענני ענן על הארץ
ונראתה הקשת בענן' ,ווען עם קומט א צרה אויף דער וועלט וועט דער צדיק
אויך זיין א חלק דערפון ,ווייל אזוי וועט ער דאך זיכער מתפלל זיין אויפן דור,
-כז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
און דורכדעם 'וזכרתי את בריתי וגו' ולא יהי' עוד המבול לשחת' ,אז די מדת
הדין וועט מער נישט האבן קיין כח צו ברענגן די עונש ,וויבאלד אז פאר די
צדיקים קומט דאך נישט קיין עונש ,און ממילא וועט אויך די גאנצע דור
געראטעוועט ווערן אין זייער זכותטו.
טו אך פרי תבואה פ' נח :וירח ד' את ריח הניחח וכו' את קשתי נתתי בענן וכו' והי' בעני
ענן וגו' וראיתיה לזכור ברית עולם בין אלדי' וגו' .וכ' רש"י כשיבא מה"ד לקטרג עליכם
לחייב אתכם אני רואה את האות ונזכר ,והני י"ל דהנה אמרתי על הא דאמרו חז"ל במס'
ברכות כשאמר לו השי"ת לך רד נתירא משה רק כשאמר לו השי"ת ועתה הניחה לי אמר
בי הדבר תלוי מיד נתחזק בתפלה ,והנה קשה למה באמת אמר השי"ת לך רד .וי"ל דהנה
מבואר בבע"ק זלל"ה הא דאחד יכול להתפלל בעד חבירו הוא מטעם דכיון שהוא מיצר
בצרת חבירו והוא אינו מחויב בעונש הזה ,לכן שורת הדין שהשי"ת ימחול גם לחבירו עבורו
כדי שלא יהא לו צער בחנם ע"ש .ולכן י"ל דלכן אמר השי"ת לך רד כדי שגם הוא ירגיש
בצערן של ישראל ,שעי"ז יוכל להתפלל בעדם ,ומשה רבינו לא הבין כך מתחילה אלא הבין
שהשי"ת כועם עליו ,אבל אח"כ כשאמר לו השי"ת ועתה הניחה לי אמר בי הדבר תלוי,
דהיינו שבשביל זה השי"ת כועם עליו ג"כ כדי שארגיש אני ג"כ בצערן וכדי שאתפלל עליהם,
מיד נתחזק משה רבינו ע"ה בתפלה .והנה יכול להיות גבי נח ג"כ אם הי' מתחזק בתפלה
להשתתף עצמו בצערן הי' ג"כ יכול להצילם ,אבל הוא לא נתן לבו לכך מתחילה ואין השי"ת
עושה בלי אתערותא דלתתא ולכן נאבדו ,אבל אח"כ כשהקריב נח הקרבן ועלה בדעתו
לכפר עליהם כ' התורה וירח ה' את ריח הניחח ,שהי' לרצונו יתברך שהי' מתפלל על הדור,
לכן אמר השי"ת שמכאן ואילך את קשתי נתתי בענן ,דהיינו שגם הצדיקים ירגישו הצער
שהם ג"כ יהי' נצרכין להשתתף בצער הציבור ,והנה הצדיק הוא מכונה בשם קשת ,וזה את
קשתי נתתי בענן שגם הוא ירגיש ,והי' בעני ענן ונראתה הקשת ג"כ בענן ,ולכן בודאי יתפלל
על הדור ,וזה וזכרתי את בריתי ולא יהי' עוד המבול לשחת ולא יהא כח במד' הדין לכלות
ח"ו מפני הצדיקים שהמה אינם מחויבים בדבר זה ,אמנם באמת אם יש צדיקים גמורים בדור
אינו צריכים לכל זה כי הם מתקנים העולם שלא יהא צריכין לבוא לזה ,וזה ששאל ר' שב"י
את ר' יהושיע בן לוי נראתה קשת בימיך ,מפני שבדורו לא הי' צריכין לזה ,ודו"ק.
-כח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-טז -
דער כח פון בטחון קען דיר שטארקן אפילו אין די שווערסטע מצבים!
וְ ָהיָ ה ְבענְ נִ י ָענָ ן על ָה ָא ֶּרץ וְ נִ ְר ֲא ָתה ה ֶּק ֶּשת ֶּב ָענָ ן (ט יד)
און ווען איך וועל וועלן ברענגען א פינסטערע צרה אויף דער
וועלט ,און עס וועט געזען ווערן דעם בויגן אין די וואלקן
הרה"ק מאיזביצא זי"ע טייטש אריין אין דעם פסוק א מורא'דיגע בחינה' .ענן' איז
מרמז אויף יראה און באהאלטנקייט (א וואלקן פארשטעלט) ,און 'קשת' איז מרמז אויף
שטארקייט און פעסטקייט (א פייל און בויגן) ,און השי"ת האט צוגעזאגט פאר נח
'ונראתה הקשת בענן' ,אז אפילו ווען אידישע קינדער וועלן זיין בבחינת 'ענן' ,זיי וועלן
ח"ו דורכגיין שווערע מצבים ,און זיין אין א מצב פון פחד און הסתרת פנים ,דאך וועלן
זיי בלייבן שטענדיג בבחינת 'קשת' ,דהיינו זיי וועלן האבן א שטארקע און פעסטע
בטחון אין השי"ת ,און זיי וועלן נישט ווערן צובראכן און געפאלן ביי זיך פון אלעם
וואס גייט אריבער אויף זיי.
דאס איז פשט אין דאס וואס שטייט אין זוה"ק (ח"א דף ע"ב) 'לא תצפה לרגלי
דמשיחא עד דתחזי קשתא בגוונין נהורין' [דו זאלסט זיך נישט רעכטן אויף משיח,
נאר ווען דו וועסט זען דעם 'קשת' אין ליכטיגע קאלירן] ,דאס מיינט צו זאגן ,אז נאר
ווען די גרויסקייט און שטארקייט פון השי"ת וועט זיין ביי דיר אזוי קלאר ,ממש ווי עס
וואלט געלאכטן מיט אלע קאלירן ,דעמאלטס קענסטו זיך רעכטן אז משיח וועט שוין
אט אט קומען.
-כט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
דאס האט רבי שמעון בן יוחאי געפרעגט פון רבי יהושע בן לוי (כתובות עז' ):נראתה
קשת בימיך'? [אין דיינע צייטן איז געזען געווארן א 'קשת'?] ,ס'שטייט נישט 'ראית
קשת מימיך' [דו האסט אמאל געזען א 'קשת' אין דיינע צייטן?] ,ווייל 'נראתה' איז
א לשון הוה ,און רשב"י האט אים געמיינט צו פרעגן צי די 'קשת' איז שטענדיג געזען
געווארן אין דיינע צייטן ,ווייל אין די צייטן פון רשב"י זעלבסט האט מען שטענדיג
געזען דעם 'קשת'.
און וואס איז דאס די 'קשת' און די שטארקייט פון אידישע קינדער? דאס איז די פרשה
פון 'שמע ישראל' ,וואס דארט שטייט די הייליגע אמונה ,וואס דאס גיבט אריין א
שטארקייט אין די הערצער פון די אידן וואס האפן צו השי"תטז.
-יז -
אינזין האבן ביים ווארט 'ברוך' פונקט ווי ביים שם
ֹאמר ָברו ְך ה' ֱאל ֹ ֵקי ֵשם (ט ,כו)
וי ֶּ
דער הייליגער אור לשמים זי"ע ברענגט ,אז ער האט געהערט פונעם הייליגן מגיד
פון מעזריטש זי"ע ,אז אין די וועלט איז איינגעפירט ,אז ווען מען זאגט א ברכה ,כאפט
טז מי השלוח פ' נח :והיה בענני ענן על הארץ ונראתה הקשת בענן .ענן היינו יראה והסתר,
וקשת היינו מבטח עוז ,כי בכל תוקף היראה יהיה לך בטחון גדול וזאת הבטיח הקב"ה לנח.
וזה שנאמר בזוה"ק [בראשית ע"ב ע"ב] לא תצפה לרגלי דמשיחא עד דתחזי קשתא בגוונין
נהורין ,היינו שיהיה התקופות מהש"י בולט ומפורש נגד עיניך אז תצפה לרגלי דמשיחא .וזה
ששאל רשב"י את ריב"ל [כתובות ע"ז ע"ב] נראתה הקשת בימיך ולא שאל אותו בלשון
ראית ,דנראתה משמע לפעמים ולא בתמידות ,ולרשב"י היתה הקשת בתמידות .והקשת
והתקופות של ישראל הוא הפרשה שמע ישראל שהוא נותן תקופות בל המיחלים לחסדו.
-ל-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
מען א טרייסל ווען מען זאגט דעם ווארט ה' ,אבער איך טרייסל שוין תיכף ביים ווארט
'ברוך'.
"ברו ְך ה ָבא ְב ֵשם ה'
לויט דעם קען מען ערקלערן דעם פסוק (תהילים קיח ,כו)ָ :
"ברו ְך ה ָבא" -אויב דאס ווארט 'ברוך' קומט: ֵבר ְכנו ֶּכם ִמ ֵבית ה'" ,ווי פאלגנדָ :
"בר ְכנו ֶּכם ִמ ֵבית ה'" –
"ב ֵשם ה'" – מיט די זעלבע כוונה ווי דאס ווארט ה' ,דאן ֵ
ְ
וועט מען באקומען אסאך ברכות און השפעות פון די שכינה וואס ווערט אנגערופן
'בית ה''.
לויט דעם קען מען ערקלערן דעם מאמר חז"ל (זע ברכות כ ;.מדרש תהילים צא) ,אז דער
טעם פארוואס די תפילות פון די פריערדיגע דורות זענען געווארן מער אנגענומען איז,
וויבאלד זיי האבן געדאוונט מיטן 'שם' .די טיפע כוונה דערפון איז ,אז זיי האבן
ארויפגעברענגט אלע גשמיות'דיגע עניינים צו זייער שורש ,זיי האבן נישט
איבערגעלאזט קיין שום זאך אונטן [אזויווי דער מגיד וואס האט אינזין געהאט אויך
ביי דעם ווארט 'ברוך' און נישט נאר ביי ה'] ,און דורכדעם האבן זייערע תפילות
געהאט אן אויסטערלישן כח צו פועל'ןיז.
יז אור לשמים :ויאמר ברוך ה' אלהי שם כו' .דהנה כתיב (תהלים קיח ,כו) ברוך הבא בשם
ה' ,על פי מה ששמעתי בשם כאדמו"ר הרב מוה' דוב בער זצללה"ה שאמר ,שהעולם
מזדעזעין באומרם תיבת ה' ,ואני מזדעזע תיכף בתיבת ברוך ,וזפ"ה ברוך הבא ,דהיינו
שתיבת ברוך בא ,בשם ה' -היינו בכוונות וביראה כמו תיבת ה' ,אז ברכנוכם מבית ה'
בא ברכה מכנסת ישראל הנק' בית ה' (ע' ת"ז הקדמה ב .).וז"פ מאמר הגמרא מ"מ הראשונים
התפללו ונענו מפני שהתפללו בשם ,דהיינו שידעו היאך להעלות דברים גשמיים
לשורשם ,ומפני זה נקראו ראשונים -שאין מניחים שום דבר למטה רק מעלין אותו
לשורש העליון ,ועי"ז נענו.
-לא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-יח -
ווען נישט די הילף פון די 'פרומע' וואלטן די ציונים קיינמאל
נישט געקענט אויספירן זייערע פינסטערע פלענער
ץ הוא ָהיָ ה גִ בֹר
וְ כוש יָ לד ֶּאת נִ ְמר ֹד הוא ֵה ֵחל ִל ְהיוֹ ת ִגבֹר ָב ָא ֶּר ׃
ציִ ד לִ ְפנֵ י ה' על ֵכן יֵ ָאמר ְכנִ ְמר ֹד ִגבוֹ ר ציִ ד ִל ְפנֵ י ה' (י ,ח-ט)
און כוש האט געבוירן נמרוד ,ער האט אנגעהויבן צו זיין א גיבור אויף דער וועלט.
ער איז געווען א גיבור וואס פאנגט פארן אויבערשטן ,דעריבער וועט מען
אלעמאל זאגן" :אזויווי נמרוד וואס איז א גיבור וואס פאנגט פארן אויבערשטן"
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ברענגט עטליכע מדרשים (בר"ר ל"ז ב' ,מ"ב ד') וואס
ערקלערן אז 'כוש' מיט 'נמרוד' זענען געווען דער זעלבער מענטש ,דהיינו אז דער
באקאנטער רשע נמרוד ווערט אויך אנגערופן מיטן נאמען 'כוש' ,אבער לכאורה איז
דאס נישט פארשטענדליך ,ווייל דער פסוק זאגט דאך קלאר 'וכוש ילד את נמרוד',
אז נמרוד איז געווען א זון פון כוש.
אויך איז שווער צו פארשטיין דעם אריכות הלשון 'הוא החל להיות גבור בארץ הוא
היה גבור ציד'( ,רש"י טייטשט אז דער ווארט 'גבור' און 'גבור ציד' מיינט אז ער האט געמאכט
ווידערשפעניגן די וועלט אין השי"ת) ,פארוואס דארף דער פסוק זאגן צום ערשט 'הוא החל
להיות גבור' (ער האט אנגעהויבן צו זיין א גבור) ,עס שטייט דאך גלייך נאכדעם 'הוא היה
גבור ציד' (ער איז געווען א גבור ציד) ,אויב אזוי פארשטייט זיך אליין אז אויב איז ער
'געווען' א גבור ,האט ער דאך זיכער אמאל 'אנגעהויבן' צו זיין א גבור ,אזויווי יעדע
זאך וואס א מענטש טוט ,האט ער דאס אמאל אנגעהויבן צו טון?
-לב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
אויפן פסוק 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה" ,טייטשט רש"י" :אויף יעדן רשע
וואס איז א עזות פנים און ווידערשפעניגט אין השי"ת ,וועט מען זאגן אז ער איז פונקט
אזויווי נמרוד גבור ציד" .דארף מען פארשטיין ,וואס איז די נפקא מינה צי מען וועט
אים צוגלייכן צו נמרוד אדער צו א אנדערע רשע ,ס'איז דאך נישט מעגליך אז די
תורה זאלן שרייבן א איבריגע זאך און ס'מוז זיין אז די תורה זאגט אונז דא עפעס א
לימוד אין דעם וואס ער שרייבט אז מען וועט אים צוגלייכן דוקא צו נמרוד?
נאר דער נאמען 'כוש' ווייזט אז דער מענטש פירט זיך אויף אנדערש ווי נארמאל ,אזוי
ווי די גמרא זאגט (מו"ק טז ,):אז שאול המלך ווערט אנגערופן (תהלים ז א) 'כוש' וויבאלד
ער איז געווען גאר א גרויסע צדיק ,און זיין אויפירונג איז געווען אנדערש ווי סתם
צדיקים ,פונקט ווי א 'כושי' (שווארצער) וואס די קאליר פון זיין הויט איז אנדערש ווי
אנדערע מענטשן.
די זעלבע זאך קען מען זאגן אויך פארקערט ,אז ווען א רשע וואס ווערט אנגערופן
'כוש' ,ווייזט דאס אז זיין אויפירונג איז אנדערש ווי אנדערע רשעים ,און ער איז גאר
א גרויסע רשע ,דהיינו אז ער איז נישט סתם אן אפענער רשע ,נאר ער איז א 'צבוע',
ער שטעלט זיך ארויס פונדרויסן כאילו ער איז א צדיק ,כדי צו קענען פארנארן
מענטשן און זיי אריינכאפן און זיין נעץ און זיי מיטשלעפן מיט זיך.
אזא סארט רשע איז טאקע נמרוד געווען ,ווי דער אבן עזרא זאגט אויפן פסוק 'הוא
החל להיות גבור בארץ' אז נמרוד האט געוועלטיגט אויף אלע חיות און בהמות ,און
ער פלעגט פאנגען חיות און בהמות און זיי מקריב זיין פאר השי"ת ,און דער רמב"ן
וואונדערט זיך אויף אים ,אז לויט דעם קומט אויס אז נמרוד איז געווען א צדיק ,און
חז"ל האבן דאך געוואוסט בקבלה אז ער איז געווען א רשע.
-לג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
מען קען אבער זאגן אז ביידע פירושים זענען אמת ,ווייל די די רשעים וואס ווילן
פארנארן מענטשן פאנגען קודם אן מיט 'צביעות' ,זיי שטעלן אוועק א פנים פון קדושה
און דערהויבנקייט און זאגן א זיי מיינען נאר לשם שמים ,און אזוי קענען זיי אריינארן
און פארכאפן די גאנצע וועלט ,ביז צום סוף ווערט אויפגעדעקט זייער שאנד און זייער
רשעות .דעריבער ווען נמרוד האט געוואלט מאכן ווידערשפעניגן די וועלט קעגן
השי"ת (אזוי ווי רש"י טייטשט) ,האט ער אויך קודם אנגעשטעלט א פנים פון א צדיק,
כדי אז אפילו ערליכע מענטשן זאלן ווערן צוגעצויגן צו אים ,ממילא האט ער אויך
מקריב געווען אסאך קרבנות פאר השי"ת ,צו ווייזן פאר יעדן אז ער איז א גרויסע
צדיק ,און דורכדעם האט ער צום סוף מצליח געווען צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל
ווידערשפעניגן אין השי"ת.
דאס זאגט דער פסוק 'וכוש ילד את נמרוד' ,אז די מדה פון 'צביעות' וואס איז מרומז
אין די ווארט 'כוש' (ווי אויבנדערמאנט) ,דאס האט גורם געווען 'נמרוד' ,דהיינו אז ער
האט צום סוף מצליח געווען צו מאכן אז די גאנצע וועלט זאל ווידערשפעניגן אין
השי"ת ,ווייל ווען נישט זיין צביעות וואלט ער קיינמאל נישט געקענט אנקומען צו זיין
פארדארבענע ציהל.
אזויווי מיר זעען ליידער היינטיגע צייטן אין ארץ ישראל ,אז די 'פרומע' שטעלן זיך צו
צו אלע שמד-שטיק און אפיקורסות'ן וואס די ציונים ווילן דורך פירן ,און ווען נישט
די הילף פון די 'פרומע' פארטייען וואלטן זיי קיינמאל נישט געקענט אויספירן זייערע
פינסטערע פלענער.
ממילא שטימט שוין זייער גוט דאס וואס די מדרשים זאגן אז 'נמרוד' מיט 'כוש' זענען
געווען איין מענטש ,און ס'איז גארנישט שווער פונעם פסוק וואס זאגט 'וכוש ילד את
-לד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
נמרוד' ,ווייל דער פסוק מיינט צו זאגן אז 'נמרוד' ווערט אנגערופן 'כוש' וויבאלד ער
איז געווען א 'צבוע' ,און נאר דורכדעם האט ער מצליח געווען צו מאכן די 'מרידה'
אין השי"ת.
יעצט שטימט שוין אויך זייער גוט די המשך הפסוק 'הוא החל להיות גבור בארץ',
דאם מיינט צו זאגן אז מיט די מדה פון 'כוש' וואס ער האט געהאט ,דהיינו זיין צביעות,
דורכדעם האט ער 'אנגעהויבן' צו אריינכאפן די גאנצע וועלט צו ווידערשפעניגן און
השי"ת ,אבער נאכדעם האט ער שוין אויפגעדעקט זיין אמת'ער פרצוף ,און 'הוא היה
גבור ציד לפני ה'' ,ווי רש"י טייטש אז דאס מיינט אז ער האט עפענטליך זיך
ארויסגעשטעלט מיט זיין רשעות.
און דאס פירט דער פסוק אויס 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה'' ,די תורה זאגט
אונז מיט דעם אן ,אז דער דאזיגער ענין דארף מען חזר'ן אין אלע דורות ,כדי אז אלע
דורות זאלן וויסן אז אויך דער רשע נמרוד האט קודם אנגעהויבן זיין מרידה אין השי"ת
מיט דעם וואס ער האט זיך געמאכט ווי א צדיק ,און ער האט מקריב געווען קרבנות
פאר השי"ת ,וואס נאר דורכדעם האט ער צום סוף מצליח געווען צו מאכן אז די
גאנצע וועלט זאל ווידערשפעניגן און השי"ת .און דורכדעם וועלן אלע דורות וויסן
זיך צו היטן און זיך נישט לאזן פארפירן פון די אלע 'צבועים' וועלכע שפראצן ארויס
במשך הדורות ,כאטש זיי שטעלן אוועק א פנים פון צדיקים ,און נמרוד וועט דינען
אזוי ווי א 'סעמפל' פאר כלל ישראל במשך אלע דורות ,ווייל אויך ער האט זיך קודם
פארגעשטעלט ווי א גרויס צדיק ,און נאכדעם איז ער געווארן 'נמרוד'.
דאס זאגט דער פסוק 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה'' ,אז אלע דורות וועלן
וויסן אז אויך נמרוד האט אין אנפאנג מקריב געווען קרבנות פאר השי"ת ,און דאך
-לה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
איז ער באמת געווען דער באקאנטער רשע 'נמרוד' וואס האט געמאכט די גאנצע
וועלט ווידערשפעניגן אין השי"ת.
*
גייענדיג אויף דעם וועג ,קען מען גוט פארשטיין די שייכות פון די דריי פסוקים
מיט די ווארט 'יאמר' וואס די 'מסורה' ברענגט :א) אונזער פסוק 'על כן יאמר
כנמרוד גבור ציד' ,ב) דער פסוק אין פרשת חקת (במדבר כא יד) 'על כן יאמר
בספר מלחמות ה' וגו' ואת הנחלים ארנון' ,ג) דער פסוק אין תהלים (פז ה)
'ולציון יאמר איש ואיש יולד בה'.
ווייל ווי אויבנדערמאנט ,רעדט דער פסוק 'על כן יאמר כנמרוד גבור ציד'
פון די צביעות פון נמרוד ,אז קודם איז ער נישט געקומען מיט א אפענע
רשעות ,נאר ער האט 'באהאלטן' זיינע מעשים פון מענטשן כדי מען זאל מיינען
אז ער איז א צדיק .און דאס איז ענליך צו דער פסוק 'על כן יאמר בספר
מלחמות ה' וגו' ואת הנחלים ארנון' ,ווי רש"י ברענגט דארט די מעשה וואס
האט דאן פאסירט ,אז די אמוריים האבן נישט געמאכט דעמאלטס קיין אפענע
מלחמה מיט די אידן ,נאר זיי האבן זיך 'באהאלטן' אין די בערג כדי צו קענען
באפאלן די אידן פלוצלונג .קומט אויס אז יענע מלחמה פון די אמוריים קעגן
די אידן איז געווען אויף דעם זעלבן אופן ווי נמרוד האט מלחמה געהאלטן
(כביכול) מיט השי"ת ,ווייל ביידע מלחמות זענען צוגעגאנגען אויף א
'באהאלטענע' וועג.
די זעלבע איז אויך מיט דעם דריטן פסוק 'ולציון יאמר איש ואיש יולד בה',
וואס דאס איז א נבואה אויף היינטיגע צייטן ,וואס עס טוט זיך ליידער אפ א
-לו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
גרויסע מלחמה אין 'ציון' ,ענליך צו די מלחמה פון נמרוד קעגן השי"ת ,דאס
איז די גרויסע מלחמה וואס די ציונים פירן קעגן השי"ת ,וואס זיי פרובירן מיט
אלע כוחות צו מאכן אז אלע אידן זאל ווידערשפעניגן אין השי"ת רח"ל .און
פונקט ווי די מלחמה פון נמרוד איז צוגעגאנגען אויף א אופן פון 'צביעות' און
באהאלטענערהייט ,וואס נאר אזוי האט ער מצליח געווען אנצוקומען צו זיין
פינסטערן ציל ,אזוי אויך גייט די היינטיגע מלחמה אין 'ציון' אויך צו מיט כל
מיני 'צביעות' און פאלשקייטן ,זיי באהאלטן זייערע אמת'ע מעשים און כוונות
זאגנדיג אז זיי מיינען נאר לשם שמים ,כדי אז דורכדעם זאלן זיי קענען צו
ציען צו זיך דאס גאנצע כלל ישראל רח"ל.
דאס איז פשט פונעם לשון הפסוק 'איש ואיש יולד בה' ,ווייל אויף דער פסוק
אין די מגילה (א ח) 'לעשות ברצון איש ואיש' ,דרש'נען חז"ל (מגילה יב' ).לעשות
כרצון מרדכי והמן' ,וואס די כוונה דערפון קען מען זאגן ,אז אחשורוש האט
צוגעשטעלט ביי זיין סעודה אויך כשר'ע עסן ,וועלכע זענען געווען אויפן
העכסטן סטאנדארט פון כשרות ,ממש 'כרצון מרדכי' ,אזוי ווי ביי מרדכי הצדיק
אין שטוב ,אבער באמת איז דאס 'כרצון המן' ,ווייל נאר דורכדעם האט ער
מצליח געווען אויך אהינצושלעפן אויך די ערליכע אידן ,און צום סוף זענען זיי
ליידער נכשל געווארן.
די זעלבע איז מרמז דער פסוק 'איש ואיש יולד בה' ,דאס איז א נבואה אז די
מלחמה קעגן השי"ת וואס וועט זיין היינטיגע צייטן אין 'ציון' ,וועט צו גיין
אויף א אופן פון 'כרצון המן ומרדכי' ,דהיינו אז עס וועלן זיך צושטעלן צו די
ציונים אויך 'פרומע' מענטשן ,און זיין וועלן טענה'ן אז זיי מיינען נאר לשם
שמים צו ראטעווען דאס אידישקייט 'כרצון מרדכי' ,אבער באמת איז דאס
-לז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
'כרצון המן' ,ווייל נאר דורכדעם קענען ליידער די ציונים מצליח זיין און
אריינכאפן אויך די ערליכע אידן און זיין מכשיל זיין ,השי"ת יצילנו מהם
ומהמונםיח.
יח חידושי תורה (שווארצע בענדער) פ' נח ,עמ' ל"ג :ולהלן בפרשה וכוש ילד את נמרוד הוא החל
להיותגבור ציד בארץ הוא הי' גבר ציד לפני ה' על כן יאמר כנמרוד גבור צדי לפני ה' .ובמד"ר
פ' לך עה"פ ויהי בימי אמרפל איתא ג' שמות נקראו לו כוש נמרוד אמרפל וכו' ,וכן במד"ר
בפרשתינו איתא הה"ד שגיון לדוד אשר שר לה' על דברי כוש בן ימיני וכו' ,כנגד בימה של
רשע אמרו וכי כושי הוה עשו אלא שעשה כמעשה נמרוד ,ופירש במת"כ דנמרוד נקרא כוש
ככתוב וכשו ילד את נמרוד וכדלקמן .וצריך להבין אם כוש הוא נמרוד למה כתיב וכוש ילד
את נמרוד ,ומה הוא אריכות הלשון הוא החל וגו' הוא הי' ,פשיטא שאם הי' גבור ציד מסתמא
החל להיות ולמה אמרו בכפילא .על כן יאמר וגו' פרש"י על כל אדם מרשיע בעזות פנים יודע
רבונו ומתכווין למרוד בו יאמר זה כנמרוד גבר ציד ,יש להבין מה נפק"מ בזה אם ידמו אותו
לנמרוד או לרשע אחר ,דבתוה"ק א"א שיהי' דבר מיותר שלא לצורך ,ומאי לימוד יש בזה
שיאמרו כן וידמו אותו לנמרוד דייקא .על כן יאמר וגו' ג' במסורה ,ע"כ יאמר כנמרוד ,ע"כ
יאמר בספר מלחמות ה' ,ולציון יאמר איש ואיש יולד בה ,וצ"ב וכו' .ומשם בארה לבאר
הפסוק וכוש ילד את נמרוד ,דהנה שם כוש מורה על שינוי במעשי האיש ,פעמים לטב ופעמים
לביש ,וכמו שדרשו ז"ל (מ"ק ט"ז ע"ב) על שאול שר לה' על דברי כוש בן ימיני וכי כוש שמו
והלא שאול שמו אלא מה כושי משונה בעורו אף שאול משונה במעשיו ,וכמו כן לאידך גיסא
גם אדם רשע שנקרא כוש הוא בשביל שהוא משונה במעשיו משאר רשעים ,כלומר שהוא
צבוע ואינו רשע בגלוי ובפרהסיא ,כי בחיצוניותו מראה את עצמו לצדיק ובקרבו ישים ארבו
והוא רשע גמור .וכמ"ש הרמב"ן ז"ל עה"פ הוא הי' גבור ציד לפני ה' ,והביא בשם הראב"ע
ז"ל שפי' כי החל להיות גבור על החיות לצוד אותן ,ופירש לפי ה' שהי' בונה מזבחות ומעלה
את החיות לעולה לפני ה' ,והקשה עליו הרמב"ן דהרי הוא מצדיק רשע ורבותינו ידעו רשעו
בקבלה ,ופי' באופן אחר עיי"ש .אבל נראה דתרווייהו איתנהנו ,בין פירושו של הראב"ע ז"ל
ובין פירושו של הרמב"ן ז"ל ,דכך הוא דרך הרשעים הרוצים להטעות את הבריות שמתחלה
מתחילים בדרך של צביעות והעמדת פנים להתלבש באיצטלא של קדושה ורוממות שם
-לח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
שמים בפיהם לאמור שכל כוונתם הוא לשמים ,ובזה יכולים להטעות ולהתעות את כל העולם
כולו ,עד שלבסוף נתגלה קלונם ורשעם .ולכן גם נמרוד שהמריד את כל העולם כולו על
הקב"ה כפירש"י ז"ל ,ג"כ השתמש תחלה במדת הצביעות להמשיך אליו כל סוגי בני אדם
וללכם ברשתו ,ולכן גם הקריב קרבנות לה' להראות לפני כל שהוא צדיק גמור ,ועי"ז יכול הי'
להמריד את כל העולם כולו על השי"ת ר"ל .וזהו פי' הפסוק וכוש יולד את נמרוד ,הכוונה
שמדת הצביעות שלו המרומז בתיבת כוש היא היא שהולידה את נמרוד להמריד כל העולם
על הקב"ה ,ובלעדי זאת לא הי' יכול להשיג זממו .כמו שרואין בעוה"ר בדורינו זה שלכל
מעשה שמדיות ואפיקורסות שלהם נזקקים להם הדתיים ,ולולא עזרתם של הדתיים למיניהם
א"א להם לרשעים להשיג חפצם ומאויים .ולכן אמר הכתוב הוא 'החל' להיות גבור בארץ פ'
במדת כוש שלו היינו הצביעות בזה התחיל להיות גבור בארץ להתגבר על כל העולם ולהמריד
עולם ומלואו על הקב"ה עד שנעשה אח"כ גבור ציד לפני ה' וכפרש"י להקניטו על פניו .וז"ש
על כן יאמר כנמרוד גברו ציד לפני ה' ,פי' דברים הללו צריכים להאמר בכל דור ודור למען
ידעו הדורות שגם נמרוד התחיל עבודתו על ידי צביעות בהקריבו קרבנות לפני ה' והעמיד
פנים כצדיק עד שהמריד בזה את כל העולם ,ואם ככה ידעו כל הדורות לא יבואו להטעות
ולילך שולל אחרי הצבועים שבכל דור ודור אעפ"י שנראים כצדיקים ,ויהי' נמרוד לאות לבני
ישראל שגם הוא עשה ככה והתראה עצמו כצדיק גמור ואח"כ נעשה ממנו נמרוד ,וזשה"כ
על כן יאמר כנמרוד גברו ציד לפני ה' ,היינו שידעו כל הדורות שגם נמרוד הקריב קרבנות
לפני השי"ת ואעפי"כ הוא נמרוד שהמריד את כל העולם נגד הקב"ה .וזאת תורת המסורה
על כן יאמר כנמרוד גבור ציד לפני ה' שהטעה את הבריות בצביעות ובהסתרת מעשיו מבני
אדם שיחשבו עליו שהוא צדיק ,על כן יאמר בספר מלחמות ה' וגו' ,פי' דגם אותה המלחמה
של נחל ארנון היתה משונה מכל שאר המלחמות שהי' להם לישראל עם האמוריים והכנענים,
דאז באו עליהם במסתרם מבלי שירגישו בהם ישראל ,וכמו שמביא רש"י ז"ל שם עה"פ ואשד
הנחלים שהיו האמוריים נחבאים שם בהרים וכו' והיתה המלחמה בהחבא ובסתר ,כמו כן
מלחמת נמרוד נגד הקב"ה הי' בסתר מלובש בצביעות שהי' אומר לבנ"א שכוונתו הוא לש"ש
להמשיך את העם לעבודת השי"ת .ולציון יאמר איש ואיש יולד בה ,שהנבואה מרמזת על זה
הדור שיהי' מלחמה גדולה בציון ,דומה למלחמת נמרוד על הקב"ה שהמריד נגדו את כל
העולם והשתמש במדת הצביעות ,כך הוא היום בציון שממרידים את כל העולם על הקב"ה
-לט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
הפטרת פ' נח
-יט -
מיט וואספארא פנים קען איך מיר שטעלן בעטן מחילה פון השי"ת?
ִב ְצ ָד ָקה ִתכוֹ נָ נִ י (ישעיה נד ,יד)
דורך צדקה וועסטו ווערן באפעסטיגט
אין ספה"ק עבודת ישראל איז ער מרמז אין דעם פסוק א שטארקע בחינה :ווייל
באמת איז דאך א גרויסע חוצפה אז א מענטש זאל זיך אוועקשטעלן פאר השי"ת און
אים בעטן מחילה אויף זיינע זינד ,ווייל מיט וואספארא פנים קען מען פארן הייליגן
באשעפער דאס בעטן פון אים נאכדעם וואס ער האט ווידערגעשפעניגט אין אים ,און
ומשתמשים ג"כ במדת הצביעות באמרם שכוונתם לש"ש ,ומסתירים מעשיהם כדי להמשיך
עי"ז את כל העולם לדרכם הנלוזה .ואומרו איש ואיש יולד בה אפ"ל עפי"מ דאיתא בגמרא
(מגילה י"ב ע"א) לעשות כרצון איש ואיש ,אמר רבא לעשות כרצון מרדכי והמן וכו' ,אחשורוש
שרצה להכשיל את ישראל שיבואו ויהנו מסעודתו בודאי הנה שיהי' הכל בתכלית הכשרות
כמו בביתו של מרדכי ועי"ז יוכל לצוות לכל ישראל לבוא ולסעוד שמה כיון שאין להם יותר
שום אמתלא והתנצלות מצד כשרות וכו' ,וז"פ לעשות כרצון איש ואיש זה מרדכי והמן
שהנהיג כשרות בסעודתו שיהי' גם כרצון מרדכי ,וגם רצונו של המן נעשה בזה שהרי עי"ז
יתפתו שמה לשאר עבירות כמבואר בדברי חז"ל .וזהו כוונת הפסוק ולציון יאמר איש ואיש
יולד בה ,שהגידה הנבואה שתהי' מלחמה בציון באחרית הימים וימרידו את כל העולם על
הקב"ה ע"י שאיש ואיש יולד בה ,כלומר שיעשו כרצון מרדכי והמן לפתות את כל העולם
לדרכיהם הרעים והמקולקלים על ידי שיעמדו לעזרתם גם אנשים כאלו שאומרים שכל
כוונתם הוא בשביל כבוד שמים והצלת התורה כרצון מרדכי הצדיק ובזה ילכדו כל העולם
לרשתם.
-מ-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
דעריבער האבן טאקע די מקטריגים א כח אפצוהאלטן אזעלכע תפילות פון ארויפגיין
צום באשעפער.
נאר די איינציגסטע אופן ווי אזוי מיר קענען בעטן מחילה פון השי"ת ,איז נאר אויף א
וועג פון בעטן 'צדקה' ,אז השי"ת זאל זיך מרחם זיין אויף אונז אזויווי אויף אן ארימאן
וואס שטייט ביים טיר און בעט א נדבה ,אזוי אויך בעטן מיר אז השי"ת זאל אונז געבן
'צדקה' און אונז מוחל זיין אונזערע עבירות .אבער כדי אז א מענטש זאל קענען בעטן
'צדקה' פון השי"ת ,דארף ער אויך געבן 'צדקה' פאר ארימעלייט ,אזוי ווי חז"ל זאגן
(מגילה יב' ):במדה שאדם מודד מודדין לו' ,אז וויאזוי א מענטש פירט זיך אויף צו
אנדערע ,אזוי פירט מען זיך אויף צו אים פון הימל .ממילא אויב א מענטש געבט
'צדקה' פאר ארימעלייט ,קען ער אויף בעטן 'צדקה' פון השי"ת ,אז ער זאל אים מוחל
זיין זיינע עבירות.
קומט אויס אז די מצוה פון 'צדקה' גיבט 'פיס' פאר א מענטש אז ער זאל קענען גיין
צו השי"ת אים אים בעטן מחילה אויף זיינע זינד ,דאס איז מרומז אינעם לשון הפסוק
'בצדקה תכונני' ,דהיינו אז דורך די מצוה פון 'צדקה' קענסטו זיך 'אוועקשטעלן' פאר
השי"ת בעטן רחמים.
אין דאס איז אויך די כוונה פונעם מאמר חז"ל (עי' ירושלמי סנהדרין פ"י ה"ב) 'הקב"ה
חותר חתירה מתחת כסא הכבוד לבעלי תשובה' ,אז הקב"ה כביכול גראבט א גרוב
אונטערן כסא הכבוד צו מקבל זיין די וואס טוען תשובה ,וואס לכאורה דארף מען
פארשטיין די טיפע כוונה פון דעם ,אז הקב"ה גראבט אונטערן כסא הכבוד?
-מא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
נאר באמת ,לויט די געוואלדיגע גרויסקייט און דערהויבנקייט פון השי"ת ,קען זיך א
מענטש בכלל נישט דערנענטערן צו אים צו בעטן פון אים מחילה .נאר וויבאלד די
רחמנות פון השי"ת האט נישט קיין גרעניץ ,דעריבער לאזט זיך השי"ת כביכול אראפ
פונעם כסא הכבוד ,דהיינו פון זיין גרויסע גרויסקייט און דערהויבנקייט ,און אזוי קען
זיך דער מענטש דערנענטערן צו אים און מתפלל זיין ,און אזוי נעמט השי"ת אן זיין
תשובה.
און ווען השי"ת ברענגט ח"ו יסורים אויף א מענטש ,איז די כוונה פון דעם שוואך צו
מאכן דעם כח פונעם יצר הרע ,אז ער זאל זיך נישט קענען מער אזוי פיל מתגבר זיין
אויפן מענטש ,און ווען א מענטש ווייסט דאס ,וועט ער זיכער חרטה האבן אויף זיינע
שלעכטע מעשים ,און ער וועט נישט ווערן אויפגערעגט און שטויסן אויף זיינע יסורים,
ווייל ער ווייסט אז דאס איז נאר פאר זיין אייגענע טובהיט.
יט עבודת ישראל פ' נח :בצדקה תכונני (ישעיה נד ,יד) .להסביר הענין ,וגם מה דאיתא (פסחים
קיט ).שהקב"ה חותר חתירה מתחת כסא הכבוד לקבל בעלי תשובה .כי בוודאי היא חוצפה
גדולה לעמוד לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה לבקש מחילה לחטאיו וכי באיזה אנפין יקום
קמי מלכא קדישא ,וכל העולמותאינם מניחין לעלות תפלות זה האדם רק על דרך זה שיבקש
האדם מאת הש"י בדרך צדקה שיעשה עצמו כעני בפתח ולזה צריך האדם גם כן לעשות
צדקה עם העניים ואביונים כי במדה שאדם מודד מודדין לו .ואם כן על ידי זו הצדקה שעושה
עושה לו רגלים לכנוס לפני ולפנים לבקש מחילה על חטאיו ממנו יתברך ומצדק נעשה צדקה.
וזה חותר חתירה מתחת כסא הכבוד ,כי בוודאי מחמת גדולת ורוממות הבורא יתברך אי
אפשר לקרב אליו יתברך אך מגודל רחמנות הבורא יתברך כביכול משפיל עצמו מכסא כבודו
הוא גודל מלכותו ורוממותו כדי לקבל שבים וזהו מתחת כסא כבודו .והנה כשהש"י מביא
עליו איזה יסורין ומחליש כח היצר וישוב לבו אל הבורא יתברך נמצא אז בוודאי מתחרט על
מעשיו ולא יהרהר אחר מדותיו ולא יבעט ביסורין.
-מב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
-כ-
דברי חיזוק להזמנים של עקבתא דמשיחא מאת הרה"ק מרוזין זי"ע
הרה"ק רבי ישראל ב"ר שלום שכנא זי"ע
לרגל יומא דהילולא -ג' חשון
בשנת תר"ב איז דער הייליגער רוז'ינער זי"ע געגאנגען שפאצירן אין וואלד ,אינמיטן
האט ער זיך אוועקגעזעצט אויף א בענקל וואס מען האט מיטגעברענגט ,און ער האט
זיך אנגערופן צו איינער פון די חסידים :דו געדענקסט דאך די גמרא (מכות כד' ).בא
חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה' [חבקוק האט געשטעלט די גאנצע
תורה אויף איין יסוד – אמונה] ,און לכאורה איז דאס זייער וואונדערליך ,ווייל חבקוק
איז דאך געווען פון די לעצטע נביאים ,און אויף וועלכע צייט האט ער געזאגט די
דאזיגע נביאות? אויפן דור פון עקבתא דמשיחא ,האט ער מעמיד געווען די וועלט
אויף איין פונקט ,און רופט אן דעם דור פון קודם ביאת המשיח 'וצדיק באמונתו יחיה',
ס'איז דאך נישט צום פארשטיין ,וואספארא צדיקים וועלן דעמאלטס זיין?
נאר דער אמת איז ,ס'זאל אייך קיין פליאה נישט זיין ,ס'וועט נאך זיין א דור קודם
ביאת המשיח וואס 'איש כל הישר בעיניו יעשה' ,נאר פארשטייט אבער דעם טייטש
פון 'איש כל הישר בעיניו יעשה' ,דאס הייסט נישט אז ס'וועט זיך נישט שעמען דער
בעל עבירה מיט דער גרעבסטער עבירה און מיט דער מיאוס'טער עבירה פאר דעם
ערליכן איד ,כלל וכלל נישט .נאר וואס דען ,אז א יוד וועט זיך וועלן א קנייטש טאן
פארן בורא עולם ,ווער שמועסט פון א קרעכץ טאן ,ווער שמועסט נאך זאגן עפעס א
מאמר ,וועט ער דארפן ארומקוקן אויף ביידע זייטן צי מען מאכט פון אים נישט קיין
געשפעט און א געלעכטער.
-מג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
דעמאלטס אז א איד וועט זיך דערהאלטן ביי די פינטעלע אמונה ,וועט דאס הייסן די
אמת'ע בחירה און דער אמת'ער בירור ,דאס וועט הייסן די בחירה פון 'מי לה' אלי'.
דעמאלטס אז א איד וועט אויפשטיין אינדערפרי ,און וועט נעבעך זאגן 'מודה אני
לפניך'; דער רוזינער האט געלייגט זיינע הייליגע הענט אויף זיין הייליגע הארץ און
געזאגט :וויאזוי זיין קטנות המוח וועט פארשטיין דעם הפרש און דעם הבדל פון 'מודה
אני' ביז 'לפניך'; און ער האט נאכאמאל איבערגעזאגט מיט א הויעכע קול :וויאזוי זיין
קטנות המוח וועט פארשטיין דעם הפרש און דעם הבדל פון 'מודה אני' ביז 'לפניך'.
און וועט נעבעך אנטון דעם טלית און תפילין ,וויאזוי די תפלה וועט נעבעך זיין ,נאר
דאס וועט ער כאטש וויסן ,אז א 'קרקפתא דלא מנח תפילין' איז נעבעך גאר נידריג;
אט דער איד וועט זיין חשוב ומקובל פארן בורא עולם.
דער רוז'ינער האט געבויגן זיין קאפ אויף צוריק-צו-וועגס פאר א פאר מינוט ,און
דערנאך האט ער נאכאמאל געזאגט :וועט דער איד זיין חשוב ומקובל פארן בורא
עולם .ווייסט איר וויאזוי? און ער האט אנגעכאפט מיט ביידע הענט זיין בגד קעגן די
הארץ ,און געזאגט :א שטייגער אזויווי אונז זענען ביי די וועלט .פארוואס? ווייל
דעמאלטס וועט זיין די אמת'ע בחירה מיטן אמת'ן בירור ,מיט די אמת'ע בחינה פון
'מי לה' אלי' ,וועט דאס זיין א דור הראויה למשיח ,דעריבער האט חבקוק געזאגט
'וצדיק באמונתו יחיה' ,עד כאן לשון קדשוכ.
אבער ס'איז פארהאן אזעלכע מענטשן וואס אין הארצן גלוסטן זיי טאקע כסדר צו זיין
ערליכע אידן ,אבער עס שטעלט זיך אפ ביי דעם ,און עס קומט קיינמאל נישט צו לידי
מעשה אז זיי זאלן זיך נעמען בפועל ממש צו דינען השי"ת און ווערן ערליכע אידן.
כ עירין קדישין עמ' תקע"ג.
-מד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
אויף דעם זאגט אונז די תורה ווייטער 'ועשיתם אותם' ,אז דאס לעכצן און ווארטן
אליינס איז נישט גענוג ,מען דארף אויף טון צו די זאך אין עוסק זיין בתורה ובמצוות
ממש.
און דער פסוק פירט אויס 'למען תשכילו את כל אשר תעשון' ,ווייל נאר ווען מען איז
עוסק אין קיום התורה ומצות בפועל ממש ,דעמאלטס קען א איד באמת זוכה זיין זיך
צו מייחד זיין און צו שליסן א בונד מיט השי"ת ,אבער אויב מען טוט נישט קיין מעשים
בפועל ,דעמאלטס קומט מען אין ערגעץ נישט אןכא.
*
הרה"ק מסאדיגורא זי"ע האט געשטעלט א איד ,אז ער זאל שטיין נעבן זיין טאטע
דער הייליגער רוז'ינער זי"ע בשעת ער איז געווען קראנק .האט דער איד דערציילט,
אז בעפאר ער איז נסתלק געווארן האט זיך זיין קרענק פארערגערט ,און דער רוזינער
האט געשריגן "הוי הוי" ,האט אים דער איד געפרעגט" :פארוואס שרייט דער רבי הוי
הוי?".
האט אים דער רוזינער געזאגט" :פאר ביאת הגואל וועט זיין א איד וואס וועט האבן
ביי זיך אין טאש נאר איין 'פיטאק' (א סארט מטבע) ,און ווען ער וועט טרעפן זיין חבר
כא עבודת ישראל פ' תבוא :ושמרתם את כל דברי הברית הזאת וגו' .ושמרתם ,הוא מלשון
ואביו שמר את הדבר (בראשית לז ,יא) ,שתהיו מצפים וממתינים ,כל דברי הברית לאמר ,מתי
אזכה להתיחד ולכרות ברית עם יוצרי .והיחוד נקרא את כל דברי הברית הזאת .אכן יש כמה
אנשים שנכספים בלבם להיות יראים ושלמים מבלי לעשות שום פעולה לזאת ,אבל הם רודפי
רוח לא ישיגו מאומה .לכן אמר הכתוב ועשיתם אותם ,דהיינו אף על פי שתהיה שומר ומצפה,
תהיה גם כן עושה ועוסק בתורה ובמצות .למען תשכילו את כל אשר תעשון ,תשכילו ,היינו
שתזכו להמשיך מוח חכמה לצורך היחוד והטפה הנוזלת ממוחין ,כנודע לי"ח.
-מה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
אין גאס וועט ער אים זאגן :מיין טייערע חבר ,איך האט נישט מער ווי איין פיטאק,
דא האסטו מיין לעצטע פיטאק און געב מיר דערפאר כאטש א חוט השערה פון כח
און אמונה בהשי"ת .אבער ס'וועט נישט זיין צו באקומען .דאס איז נישט צום
אויסשטיין און נישט צום אויסהאלטן" .אזוי האט ער איבערגעזאגט עטליכע מאל.
דערנאך האט דער רוז'ינער געזאגט" :רבונו של עולם ,נעם מיך אוועק פון דעם עולם
אז איך זאל דאס נישט זעהן" ,און אין יענע רגע האט ער אריינגעאטעמט ,און זיין
נשמה איז ארויסגעגאנגען בנשיקה על פי ה' ,זכותו יגן עלינוכב.
-כא -
אפילו דער גרעסטער איד דארף שטענדיג האבן חיזוק
דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע האט געזאגט :שטענדיג ווער איך ערשטוינט ,ווען
איך קום אן צו דער פסוקים וואס רעדן איבער יהושע בן נון ,ווייל יהושע איז דאך
געווען גאר א גרויסער צדיק ,ווי דער פסוק זאגט עדות (דברים לד ,ט) ,אז ער איז געווען
פול מיט חכמה ,און נאך פאר מתן תורה איז ער אויסגעוועלט געווארן מלחמה צו
האלטן מיט עמלק .און מיט דעם אלעס זעט מען ,אז דער אויבערשטער האט אים
געדארפט אנווארענען (יהושע א ,ז) ,אז ער זאל זיך גאר שטארק מחזק זיין און זיך
שטארקן ,צו מקיים זיין די תורה און צו לערנען די תורה אן אויפהער.
פון דעם זעט מען ,אז יעדער איד ,אפילו איינער וואס איז גאר גרויס ,דארף האבן
חיזוק .פארקערט ,ווי גרעסער מען איז ,פאדערט זיך מער חיזוק און מער שמירה ווי א
כב עירין קדישין עמ' תקע"ב.
-מו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
נח
האר וואס מען רירט זיך אוועק פונעם ריכטיגן וועג ,קען מעל
צווייטן ,ווייל מיט איין ָ
חלילה אריינפאלן אין שאול תחתית.
דעם ענין געפינ ען מיר אויך אין קריאת שמע ,אז נאכדעם וואס דער אויבערשטער
ווארנט אן ,אז מען זאל אים דינען מיטן גאנצן הארץ ,זאגט ער" :השמרו לכם פן
ָ
יפתה לבבכם וסרתם ועבדתם אלהים אחרים" ,ווייל אפילו א גרויסער עובד ה'
דארף זיך שטארק אפהיטן נישט אריינצופאלן אין שלעכטס ,און אזויווי דער הייליגער
בעל שם טוב זי"ע האט געטייטשט ,אז א גרויסער מענטש ,אין די רגע וואס ער קערט
זיך אפ פונעם ריכטיגן וועג ("וסרתם") ווערט דאס פאררעכנט ווי ער וואלט געדינט
עבודה זרה ("ועבדתם אלהים אחרים")כג.
כג חידושי הרי"ם (נח) :תמיד הנני משתומם בהגיעי לענין יהושע בן נון הלא יהושע אשר
התורה מעידה עליו שהי' מלא רוח חכמה אשר גם לפני מתן תורה הי' מהמובחרים כמו
שנאמר בחר לנו אנשים וצא הלחם בעמלק כו' והנה אחרי כל זה הי' הקב"ה צריך להזהירו
באומרו לו רק חזק ואמץ מאוד לשמור לעשות את התורה כו' והגית בה יומם ולילה כו' ומזה
אנו יכולים לראות כי כל אחד אפילו הגדול ביותר צריך חיזוק והגדול מחבירו צריך יותר חיזוק
ושמירה מחבירו ואם הוא סר מהדרך הנכונה אף כחוט השערה הריהו יכול ליפול שאולה וכן
גם איתא בקריאת שמע שאחרי מה שנאמר והי' אם שמוע תשמעו אל מצותי כו' לאהבה את
ה' אלקיכם בכל לבבכם ובכל נפשכם כו' מזהירה התורה שוב השמרו לכם פן יפתה כו'
וסרתם ועבדתם אלהים אחרים כו' וכמו שאמר הבעש"ט זי"ע עה"פ וסרתם ועבדתם כו' כי
אם איש גדול סוטה מהדרך אפילו כחוט השערה הרי זה עבודה זרה.
-מז -
