איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — נח (2026-10-12)

איש חסד היה
א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד
פונעם בארימטן נגיד
מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל
───────◇───────
פאר הערות ,תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות:
אימעילy.b.daskal@gmail.com :
פרק ח׳
א רודף צדקה וחסד
ווייסטו אפשר פון א איד וואס דארף הילף?
צו ר׳ שמואל אין שטוב זענען געקומען צובראכענע אידן ,מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין
פרוטה ,און זענען ארויסגעגאנגען געשטארקט און אויפגעמונטערט .גבאי צדקה זענען געקומען
זאמלען געלט פאר פארשידענע דברי קדושה ,און זענען אוועקגעגאנגען מיט א גוט געפיל און מיט
חיזוק.
אבער ר׳ שמואל האט זיך נישט באגענוגנט מיט די מענטשן וואס זענען געקומען צו אים .ער האט
אליין געזוכט די אידן וואס האבן געדארפט הילף ,אבער זענען נישט געקומען בעטן.
בדרך הטבע ,ווען א מענטש מוז זיך אנטרעפן מיטן צער פון א צווייטן ,טוט אים דאס וויי .אבער
געווענליך גייט ער נישט ארום און זוכט נאך מענטשן וואס האבן צרות ,כדי צו הערן זייער ווייטאג
און זייערע שוועריקייטן.
אבער ווער עס איז באמת א רודף צדקה וחסד ,טראכט נישט פון זיין אייגענעם ווייטאג .אפילו ווען
עס טוט אים וויי צו הערן פון יענעמס צרות ,זוכט ער ווייטער ווי אזוי ער קען העלפן.
הרה״ח ר׳ מאיר יעקב ברנט האט דערציילט:
ווען ר׳ שמואל פלעגט קומען קיין בעלגיע ,האט ער מיך כסדר געפרעגט:
״ווייסטו אפשר פון א איד וואס דארף הילף ,און מען קען אים העלפן בסתר ,אן אז קיינער זאל
וויסן?״
געבן אן קיין גרענעצן
אונזער שוואגער ,הרה״ג ר׳ חיים יצחק צוקערמאן ,ר״מ אין ישיבת ויז׳ניץ לצעירים ,האט
דערציילט:
מיין שווער ר׳ שמואל האט פלוצלינג אפגעשטעלט זיין אויטא .זיין פנים האט אויפגעלויכטן ווען ער
האט דערזען איינעם פון די פארבייגייער אויפן גאס .דער איד איז צוגעקומען צום אויטא.
דער איד האט שוין אסאך מאל באקומען הילף פון ר׳ שמואל.
יעדעס מאל ווען זיי האבן זיך געטראפן ,האט ר׳ שמואל אים געגעבן געלט .אפילו ווען ר׳ שמואל איז
געפארן מיטן אויטא ,פלעגט ער זיך אפשטעלן ,אויסשטרעקן די האנט און מיט א שמייכל אים געבן
א סכום געלט.
און אפילו ווען ר׳ שמואל איז געפארן אויף דער אנדערער זייט גאס ,און דער איד איז געגאנגען אויפן
טראטואר פון דער אנדערער זייט ,איז דאס פאר אים נישט געווען קיין שטערונג.
פרק ח – רודף צדקה וחסד
ער האט אפגעשטעלט דעם אויטא ,אריבערגעגאנגען דעם גאס און אים געגעבן צדקה.
איך האב דאס געזען ביי אים אסאך מאל.
א מקור פרנסה אין שווערע צייטן
הרה״ח ר׳ יעקב וויזל פון קרית ויז׳ניץ אין בני ברק האט דערציילט:
עס איז געווען אין די שבעה טעג נאך דער פטירה פון ר׳ שמואל .אין מיין גראסערי איז אריינגעקומען
א פרוי ,שטארק איבערגענומען פון געפילן.
זי האט זיך דערמאנט אין די שווערע צייטן פון אמאל ,און דערציילט:
״מיין מאן איז אמאל געפארן קיין אמעריקע ,און דארט האט ער זיך פארפלאנטערט אין שווערע
צרות ,ביז ער איז אריינגעקומען אין תפיסה ,וואו ער איז געזעסן איבער א יאר.
״אין יענער צייט פלעגט ר׳ שמואל קומען יעדן חודש און מיר ברענגען אן ענוועלאפ מיט געלט.
״דאס איז געווען מיין איינציגער מקור פרנסה אין יענער תקופה!״
יארן לאנג געגעבן שטיצע
הרה״ג ר׳ שמחה כהן ,ר״מ אין ישיבת נתיבות עולם און פון די גרויסע מזכי הרבים אין אונזער דור,
האט דערציילט:
״איך קען א איד וואס איז געווארן א בעל תשובה״ ,האב איך אמאל דערציילט פאר ר׳ שמואל .״ער
האט איבערגעלאזט א גוטע און מסודר׳דיגע פרנסה ,און אויסגעקליבן א לעבן פון תורה".
״און פון וואס לעבט ער?״ האט ר׳ שמואל זיך פאראינטערעסירט.
איך האב אים געענטפערט ,אבער מיין ענטפער האט אים נישט בארואיגט.
״איך וועל שוין זארגן דערפאר!״ האט ער באשלאסן.
און טאקע ,יארן לאנג האט יענער איד באקומען א קביעות׳דיגע שטיצע פון ר׳ שמואל.
עס איז געווען א גאר גרויסער סכום ,גענוג צו דעקן אלע באדערפענישן פון זיין משפחה ,און נאך
מער.
דאס געלט קומט גלייך אהיים
הרה״ג ר׳ שמעון ווערנער האט דערציילט:
עס איז געווען שבת קודש ,נאך תפילת מנחה .מיין טאטע ,הגאון הגדול רבי שמואל ווערנער ,אב״ד
אין תל אביב ,איז געשטאנען און געשמועסט מיט ר׳ שמואל.
איך האב ר׳ שמואל נישט געקענט ,און בין געווען נייגעריג ווער דער איד איז.
ווען זיי האבן זיך געזעגנט ,האב איך געפרעגט מיין טאטן:
״ווער איז דער איד?״
האט מיר מיין טאטע געזאגט:
ב
איש חסד היה
״זאלסט וויסן ,דאס איז א נדיב וואס מען טרעפט זעלטן! איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפן
אזא מענטש!
״אסאך מאל בעט איך ביי אים צדקה פאר נצרכים ,און וויפיל איך בעט ,גיט ער מיר .אפילו ער קען
מיך נישט פון דער נאנט ,גיט ער אלעמאל מיט א שמייכל און מיט אזא שיינעם פנים.
״איך האב נאך אזא זאך נישט געזען!״
האב איך געפרעגט:
״אבער יעצט איז דאך שבת .ווען וועט ער דיר געבן דאס געלט פאר צדקה?״
האט מיין טאטע געענטפערט:
״יעדעס מאל ווען איך בעט ביי אים געלט פאר צדקה ,קומט ער אליין צו מיר אהיים און ברענגט
מיר דעם סכום .אויך דאס מאל וועט ער קומען נאך שבת!״
אן קיין כבוד און אן קיין רעש
כ״ק מרן אדמו״ר מטשערנאביל האט אונז דערציילט ,אז במשך עטליכע יאר האט ער געזען ווי
אונזער טאטע פלעגט יעדן חודש קומען צו זיין פאטער ,כ״ק מרן אדמו״ר רבי משולם זוסיא
מטשערנאביל ,און געבן א סכום געלט וואס איז גענוג געווען צו האלטן אן אברך אין כולל.
ער האט דאס געטון מיט א געוואלדיגע עניוות און שפלות ,שטילערהייט ,אן קיין כבוד און אן קיין
רעש.
ער האט נישט געווארט אז מען זאל קומען צו אים ,אדער אים אפגעבן כבוד.
ער איז אליין געקומען און געגעבן.
העלפן א גוטן פריינד
דער דיאמאנטן־סוחר הרה״ח ר׳ חיים דזשעלאווסקי האט דערציילט:
ווען איך האב געעפנט מיין דיאמאנטן־שלייפעריי ,האב איך איינגעלאדן מיינע גוטע פריינד צו א
מסיבת לחיים לכבוד דער עפענונג.
פארשטייט זיך אז ר׳ שמואל איז אויך געווען צווישן די געלאדענע ,און איך האב זיך זייער געפרייט
אים צו זען זיך משתתף זיין אין מיין שמחה ,צוזאמען מיט אלע מיינע פריינד.
די שמחה האט זיך שוין כמעט געענדיגט .איידער ר׳ שמואל איז ארויסגעגאנגען ,האט ער מיר געגעבן
א צייכן איך זאל מיטקומען מיט אים אין א זייט.
ער האט ארויסגענומען פון זיין רעקל־קעשענע א דיקן ענוועלאפ ,אין וועלכן עס זענען געווען דרייסיג
טויזנט דאלאר!
״וואס איז דאס ,שמואל?!״ האב איך זיך געוואונדערט .״מיינסטו דען אז איך דארף אנקומען צו
צדקה?״
״חלילה ,חיים!״ האט ער מיר געענטפערט .״איך ווייס זייער גוט אז דו ביסט ברוך ה׳ א בעל יכולת.
ג
פרק ח – רודף צדקה וחסד
״אבער ווען דו האסט מיך איינגעלאדן צו טרינקען לחיים ,האב איך געטראכט :דו עפנסט יעצט א
נייעם געשעפט ,און דאס ברענגט מיט זיך אסאך הוצאות .ווי גוט וואלט עס דיר געווען ווען דו האסט
יעצט געהאט גענוג מזומן געלט ,כדי צו קענען קויפן סחורה אן קיין שוועריקייטן!
״איך ווייס דאך אז דו וועסט מיר קענען גרינג צוריקצאלן די הלוואה .איז פארוואס זאל איך דיר
נישט גרינגער מאכן דעם אנהייב?״
ר׳ חיים האט פארענדיגט זיין דערציילונג מיט גרויס התרגשות:
״די עצם זאך ,אז א מענטש טראכט אזוי שטארק אריין אין די באדערפענישן פון א צווייטן ,האט
אויף מיר געמאכט א רושם וואס קען קיינמאל נישט אויסגעמעקט ווערן.
״און דער רושם איז געבליבן ביי מיר אפילו פערציג יאר נאך יענער מעשה!״
ד
