gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

שבת טיש מעשה - אידיש · Shabbos Tish Ma'aseh - Yiddish — בראשית (2026-10-05)

מוציא לאור: שבת טיש מעשה - אידיש · Shabbos Tish Ma'aseh - Yiddish

שבוע: בראשית (2026-10-05)

שבת טיש מעשה - אידיש · Shabbos Tish Ma'aseh - Yiddish — בראשית (2026-10-05)

פתח את ה-PDF הורדה

‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫א מעשה ביים‬ ‫שבת טיש‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫דער הייליגער שפאלער זיידע זי״ע איז געזעסן מיט זיינע‬ ‫חסידים און געזאגט‪ :‬״לאמיר אייך דערציילן א מעשה‪.‬״ אלע‬ ‫האבן זיך צוגערוקט נענטער און זיך צוגעהערט צום הייליגן‬ ‫זיידן‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪1‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫ווייט אוועק‪ ,‬אין א פינצטערן ווינקל פון שטאט‪ ,‬איז געזעסן‬ ‫א גרופע גנבים‪ .‬זיי האבן געוואלט בא'גנב'נען די קירכע פון‬ ‫אירע טייערע גאלדענע כלים‪ .‬אבער די טירן זענען געווען‬ ‫גוט פארשלאסן‪ ,‬און עס איז נאר געווען איין קליין‬ ‫פענסטער‪ ,‬זייער הויך אויבן‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪2‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫פלוצלינג האט איינער פון זיי געזאגט‪ :‬״איך ווייס ווער עס‬ ‫קען יא אנקומען אהין! יוסעלע דער גנב!״ יוסעלע איז געווען‬ ‫א איד‪ ,‬און ער פלעגט טון די זאכן וואס די אנדערע גנבים‬ ‫האבן מורא געהאט צו טון‪ .‬דער הויפט פון די גנבים איז‬ ‫אליין געגאנגען צו יוסעלע זיך איינבעטן ער זאל מיטקומען‬ ‫מיט זיי‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪3‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫אינמיטן נאכט זענען זיי שטילערהייט צוגעגאנגען צו דער‬ ‫קירכע‪ .‬יוסעלע איז געגאנגען פאראויס מיט א פינגער אויפן‬ ‫מויל‪ :‬״שא‪...‬״‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪4‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫יוסעלע האט ארויפגעווארפן זיין שטריק און אנגעהויבן‬ ‫קריכן אויף דער וואנט‪ ,‬העכער און העכער‪ ,‬ביז ער איז‬ ‫צוגעקומען צום קליינעם פענסטער‪ .‬די גנבים האבן געווארט‬ ‫אונטן‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪5‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫פלוצלינג ‪ -‬וועכטער! די גנבים האבן אלעס אראפגעווארפן‬ ‫און זענען אנטלאפן‪ .‬און יוסעלע? ער איז נאך געווען‬ ‫אינעווייניג‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪6‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫דער שלעכטער גלח‪ ,‬דער הויפט פון דער קירכע‪ ,‬איז‬ ‫אריינגעלאפן מיט א לאמטערנע‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪7‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫די וועכטער האבן ארויפגעלייגט קייטן אויף יוסעלע און‬ ‫אים אוועקגעפירט‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪8‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫אין דער פינצטערער תפיסה האט זיך דער גלח צוגעבויגן צו‬ ‫יוסעלע‪ .‬מיט א זיסן שמייכל און א זעקל געלט אין די האנט‬ ‫האט ער געזאגט‪ :‬״יוסעלע‪ ,‬איך קען דיר ראטעווען דאס‬ ‫לעבן‪ .‬טויף זיך און ווער א קריסט‪ .‬ווער איינער פון אונז‪ ,‬און‬ ‫דו וועסט זיין פריי און רייך‪.‬״‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪9‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫יוסעלע האט אפילו נישט געטראכט קיין איין רגע‪ .‬ער האט‬ ‫אויפגעהויבן זיינע פארקייטלטע הענט און אויסגערופן‪:‬‬ ‫״איך בין טאקע יוסעלע דער גנב‪ ,‬פול מיט עבירות ‪ -‬אבער‬ ‫א איד בין איך נאך אלץ‪ ,‬און א איד וועל איך בלייבן!״‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪10‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫מען האט יוסעלע ארויסגעפירט אויף א הויכער‬ ‫פלאטפארמע‪ ,‬וואו הונדערטער מענטשן זענען געשטאנען‬ ‫און צוגעקוקט‪ .‬יוסעלע איז געשטאנען שטאלץ מיט א‬ ‫שמייכל אויפן פנים‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪11‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫נאכאמאל האט זיך דער גלח צוגעבויגן צו אים‪ ,‬בעטנדיג ער‬ ‫זאל אויפגעבן זיין אידישקייט‪ ,‬אבער יוסעלע האט אפילו‬ ‫נישט אויסגעדרייט דעם קאפ‪ .‬א ליכטיגקייט האט געשיינט‬ ‫אויף זיין פנים‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪12‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫מען האט שוין צוגעגרייט דעם פייער‪ .‬יוסעלע איז‬ ‫געשטאנען רואיג‪ ,‬זיין קאפ איז געווען אויפגעהויבן און זיינע‬ ‫אויגן האבן געקוקט צום הימל‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪13‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫מען האט אנגעצינדן די ברענעדיגע פלאמען‪ .‬יוסעלע האט‬ ‫צוגעדעקט זיינע אויגן מיט דער רעכטער האנט און‬ ‫אויסגערופן‪ :‬״שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד!״ און מיט‬ ‫דעם ווארט ״אחד״ איז זיין הייליגע נשמה ארויסגעגאנגען‬ ‫על קידוש השם‪.‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪14‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫אינעם בית החיים אין שפאלע האט מען אויפגעשטעלט א‬ ‫מצבה‪ ,‬און אויף דער מצבה זענען געווען איינגעקריצט די‬ ‫ווערטער‪ :‬״פה נטמן יוסף הגנב הקדוש״ (דא ליגט יוסף דער‬ ‫הייליגער גנב‪).‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪15‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫דער הייליגער שפאלער זיידע זי״ע האט אויפגעהויבן זיין‬ ‫האנט צום הימל און אויסגערופן‪ :‬״א איד בלייבט אלעמאל‬ ‫א איד‪ ,‬אפילו יוסעלע דער גנב!״‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪16‬‬ ‫פרשת בראשית תשפ״ז‬ ‫בס"ד‬ ‫יוסעלע דער גנב‬ ‫פאר סיי וועלכע שאלות אדער הערות‪ ,‬אדער אויב איר ווילט‬ ‫ארויסהעלפן מיט די הוצאות פון ארויסגעבן די ביכער‪ ,‬קענט איר‬ ‫אונז שטענדיג שיקן א טעקסט אדער איבערלאזן א‬ ‫וואויסמעיל ביי‪:‬‬ ‫‪(718) 635-0616‬‬ ‫‪© 2026 All rights reserved.‬‬ ‫א מעשה ביים שבת טיש‬ ‫‪17‬‬