gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — בראשית (2026-10-05)

מוציא לאור: סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish

שבוע: בראשית (2026-10-05)

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — בראשית (2026-10-05)

פתח את ה-PDF הורדה

‫ב"ה‪ .‬פ' בראשית תשפ"ז לפ"ק‬ ‫היימישער "שבת טיש" שמועס צווישן אונזער טאטע שליט"א‪ ,‬אונזערע‬ ‫ברודערס‪' ,‬ליפא' (ישיבה גדולה) אונזער 'יואל'יש' (יעצט אנגעהויבן כיתה ט')‬ ‫און פון 'זלמן לייב' וואס גייט שוין ב"ה אין כיתה ו'‪:‬‬ ‫טאטע‪ :‬נו‪ ,‬יואל'יש וויאזוי איז געווען די ערשטע וואך אין דיין נייע כיתה?‬ ‫יואל'יש‪ :‬ברוך השם זייער פיין‪ ,‬מיין רבי איז א אויסערגעווענליכער חשוב'ע תלמיד חכם וירא שמים‪,‬‬ ‫נפתלי העכט אונזער קאזין וואס האט פאראיאר געלערנט ביי דעם רבי'ן האט מיר געזאגט אז ער האט‬ ‫קונה געווען א געוואלד!‬ ‫ליפא‪ :‬אונזער זמן אין ישיבה גדולה הויבט זיך אן יעצט זונטאג ר"ח חשון הבעל"ט‪ ,‬איך האב שוין‬ ‫געקויפט א גמרא מס' כתובות‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬אה‪ ,‬כתובות‪ ,‬מסתמא ווייסטו נאכנישט אז דאס ווערט אנגערופן א "ש"ס קטן"‪ ,‬ווייל רוב‬ ‫סוגיות הש"ס ווערט צוזאמענגעווארפן אין די מסכתא‪ ,‬איך גלויב אז דער מגיד שיעור וועט עס בארירן‬ ‫אין זיין פתיחה‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬פארשטייט זיך אז מען לערנט מיט תוספות‪..‬‬ ‫טאטע‪ :‬נו אוודאי‪ ,‬נאר וואס דען לערנט מען אויס אין ישיבה?? צו לערנען יעדעס שטיקל גמרא תוספות בעיון‪ ,‬ר' נתן יוסף ז"ל‬ ‫פלעגט כסדר זאגן פאר די בחורים‪ ,‬אז עס זענען דא בחורים וואס די גמרא זאגן זיי אפ גאר שנעל‪ ,‬רש"י אביסל שטייטער‪ ,‬תוספות‬ ‫נאך שטייט ער‪ ,‬און ביי מהרש"א נעמען זיי זיך צו פלאגן אויף איעדעס ווארט ביז זיי פארשטייען עס‪ .‬אבער דער אמת איז אז עס‬ ‫דארף זיין פונקט פארקערט‪ ,‬די גמרא דארף מען גוט אדורכאקערן מיט רש"י עטליכע מאל‪ ,‬אין דערנאך לערנען תוספות‪ ,‬און‬ ‫געווענליך תוספות קושיא וואס איז פון די סוגיית הגמ' פון דעם בלאט (נישט פון צוגעצייכנטע מסכתות) פאלט דאך אליינס איין‬ ‫בשעת'ן לערנען גמרא רש"י‪ ,‬במילא דערנאך קומט דער מהרש"א און קלארט אויס די קשיות וואס פאלט אליינס אין בשעת'ן לערנען‬ ‫דעם בלאט גמ' מיט תוספות‪..‬‬ ‫יואל'יש‪ :‬מיין רבי אין חדר האט דערציילט פרייטאג אז פ' ראה תשכ"ג איז דער רבי זי"ע געווען באזוכן אין בחורים קעמפ‪ ,‬איז‬ ‫געקומען דארט איינע פון די מגידי שיעור זיך מזכיר זיין אז ער ליידט ל"ע אויף די אויגן‪ ,‬און ער קען נישט געהעריג פארזעצן צו לערנען‬ ‫מיט די תלמידים‪ ,‬און ער האט געבעטן א ברכה פונעם רבי'ן אז ער זאל שוין ווערן אויסגעהיילט כדי צו קענען ממשיך זיין מיט די‬ ‫עבודת הקודש‪.‬‬ ‫האט אים דער רבי געענטפערט‪ ,‬אז פארגאנגענע וואך פ' עקב האט ער ביי די תורה פרייטאג צונאכטס געזאגט אזוי‪ ,‬רש"י זאגט סוף‬ ‫פ' ואתחנן אויפ'ן פסוק "אשר אנכי מצוך היום לעשותם"‪ ,‬זאגט רש"י 'היום לעשותם ולמחר לקבל שכרם'‪ ,‬דאס הייסט אז שכר אויף‬ ‫א מצוה באקומט מען נאר אויף יענע וועלט‪ ,‬אבער אין אנפאנג סדרה שטייט דאך יא "והיה עקב תשמעון וברך פרי בטנך ופרי‬ ‫אדמתך דגנך ותירושך וכו'"‪ ,‬זעט מען דאך אז מען באקומט יא שכר אויף די וועלט?‬ ‫נאר די תירוץ איז ווי דער רמב"ם זאגט‪ ,‬אז אזוי ווי 'שכר מצוה בהאי עלמא ליכא'‪ ,‬מען באקומט נישט קיין שכר אויף די וועלט‪ ,‬אויב‬ ‫אזוי וויאזוי קען זיין אז עס שטייט אין פסוק "ונתתי גשמיכם בעתם ונתנה הארץ וכו'"‪ ,‬נאר די אלע גוטע זאכן וואס די תורה זאגט צו‬ ‫איז נישט קיין שכר‪ ,‬עס איז נאר אן הבטחה כדי מען זאל האבן די מעגליכקייט צו קענען מקיים זיין די מצוות‪ ,‬אבער דער שכר איז‬ ‫טאקע אוועקגעלייגט נאר אויף יענע וועלט‪.‬‬ ‫מיט דעם שטימט שוין אויך די ווערטער פון רש"י‪ ,‬ווייל שכר באקומט מען נאר אויף יענע וועלט‪ ,‬ווי עס שטייט טאקע דא סוף פ'‬ ‫ואתחנן "היום לעשותם ולמחר לעולם הבא לקבל שכרן"‪ ,‬אבער די אלע ברכות פון פ' עקב איז אן הבטחה פונעם אויבערשטן צו‬ ‫געבן פאר די אידן אלעס גוט'ס פשוט צו קענען מקיים זיין די מצוות‪ ,‬און צו לערנען די תורה מיט א רואיגקייט‪ ,‬ווייל כדי צו קענען‬ ‫דינען דעם אויבערשטן בשלוה ובנחת דארף מען צו האבן פון אלעם גוטן!‬ ‫און דער רבי האט אויסגעפיר ט פאר יענעם מגיד שיעור וואס האט געבעטן א ברכה אויף די אויגן‪ ,‬אז מיט דעם קען מען משלב זיין‬ ‫די לעצטע פסוק פון וזאת הברכה מיט די ערשטע פסוק פון די וואכיגע סדרה פ' בראשית‪ ,‬ווייל די לעצטע פסוק ענדיגט זיך "אשר‬ ‫עשה משה לעיני כל ישראל" ‪ ,‬אז דורכדעם וואס משה רבינו האט זוכה געווען צו ברענגען די תורה הקדושה פאר אלע אידן האבן‬ ‫די אידן געהאט "אויסגעהיילטע אויגן"‪ ,‬ווייל חכמינו ז"ל זאגן דאך אז בשעת מען תורה זענען אלע אידן אויסגעהיילט געווארן‪ ,‬און‬ ‫דאס אלעס איז געווען וועגן די הייליגע תורה‪ ,‬ווייל אויף דעם פסוק פון "בראשית ברא אלקים" דרש'נן די חכמים "בשביל התורה‬ ‫שנקרא ראשית"‪.‬‬ ‫דאס וויל די תורה מרמז זיין פון סוף ביזן אנהויב‪ ,‬אז פארדעם האבן אידישע קינדער געהאט אויסגעהיילטע אויגן‪ ,‬כדי צו קענען‬ ‫לערנען די הייליגע תורה וואס ווערט אנגערופן "ראשית"!‬ ‫און דער רבי האט צוגעענדיגט פאר יענעם מגיד שיעור אין געזאגט "דו דארפסט דאך צו לערנען מיט די תלמידים במילא דארפסטו‬ ‫דאך האבן גוטע אויגן"! און דער רבי האט יענעם אנגעוואונטשן א רפואה שלימה‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬אזא שיינע שילוב! שכוח‪ ,‬האסט דאס געזאגט כזקן וכרגיל!‬ ‫זלמן לייב‪ :‬מיין רבי האט געזאגט אז היי‪-‬יאר איז א שטיקל זעלטנהייט צו קענען רואיג אדורכלעכענען גאנץ בראשית ווייל עס איז‬ ‫דא כמעט א גאנצע וואך צו לעכוען חומש רש"י‪ ,‬און רוב יארן איז עס נישט שייך‪ ,‬ווייל שמחת תורה ענדיגט זיך אינמיטן וואך‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬אבער איך מיין אז קומענדיגע יאר תשפ"ח‪ ,‬משיח זאל שוין אוודאי דא זיין‪ ,‬וועט זיין דער זעלבער אויסשטעל אינעם לוח‪.‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬יא יא‪ ,‬איך האב באמערקט אינעם תשפ"ז לוח אז פון פורים און ווייטער גייט זיין דער זעלבער אויסשטעל ווי די‬ ‫פארגאנגענע יאר ביז נאך די ימים טובים תשפ"ח אי"ה‪.‬‬ ‫איך בין טאקע זייער נייגעריג געווען די וואך צו פארשטיין‪ ,‬פארוואס רופט מען די וואך אן "שבת בראשית"‪ ,‬אויף די נאמען פון די‬ ‫סדרה‪ ,‬איך געדענק נישט נאך אזא סדרה דורכן גאנצן יאר?‬ ‫טאטע‪ :‬דער הייליגער שינאווער רב זי"ע שרייבט אין דברי יחזקאל בשם זיין שווער דער הייליגער ארי' דבי עילאי זי"ע אז במשך די‬ ‫הייליגע טעג האט דאך איעדע איד אן הרהור תשובה‪ ,‬און מען נעמט זיך פאר נייע גוטע הנהגות‪ ,‬א יעדער לויט זיין מדריגה‪.‬‬ ‫במילא ווען עס קומט דער ערשטער שבת דערמאנט מען דעם מענטש אז עס קומט א נייע אנהויב און וואס עס איז געווען איז געווען‪,‬‬ ‫אין דער עיקר איז פון יעצט אנצוהייבן פון פריש וואס מען רופט "ראשית" במילא רופט מען עס "שבת בראשית"‪ ,‬דער שבת פון‬ ‫דעם נייען אנהייב‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬דער אויפטהו פון די יאריגע סדר איז טאקע דאס אז מען האט געהאט גענוג צייט צו ענדיגן די גאנצע סדרה חומש און רש"י‪,‬‬ ‫ענק ווייסן דאך וואס עס שטייט אין ספר דברי יצחק פונעם סוואליעווע רב בשם דעם הייליגן שר שלו' פון בעלזא אז ווער עס ענדיגט‬ ‫חומש רש"י איעדע וואך איז פארזיכערט אויף יענע וועלט צו קענען אנקומען אין מתיבתא פון רש"י‪.‬‬ ‫חוץ פון דעם איז דאך באקאנט אז הרה"ק רבי ר' מרדכי'לע מנאדבורנא זי"ע האט געזאגט פאר'ן רבי'ן זי"ע ווען ער איז נאך געווען‬ ‫א יונג קינד פון זעקס יאר אלט אז ער זאל זען צו ענדיגן חומש רש"י איעדע וואך און ר' מרדכי'לע האט צוגעלייגט "מרדכי'לע האט‬ ‫געקענט גרויסע לייט וואס זיי האבן נישט געוואוסט ווי דער אויבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געפילוועט אין חומש רש"י‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬דער דיין האט מיר געוויזן אן אינטערעסאנטע זאך אין ש"ך‪ ,‬אין שו"ע (יו"ד סי' קט"ז) שטייט אז שווייס פון א מענטש איז סם‬ ‫המות‪ ,‬א חוץ פון שווייס פונעם פנים‪ ,‬שרייבט דער ש"ך א שיינע סימן דערויף די פסוק פון די וואכעדיגע פרשה ביי די קללה וואס‬ ‫אדם הראשון האט באקומען נאכן פאלגן דעם שלאנג דעם נחש הקדמוני‪ ,‬שטייט דארט "בזעת אפך תאכל לחם" אז שווייס פונעם‬ ‫פנים מעג מען יא עסן‪...‬‬ ‫טאטע‪ :‬גראדע דערמאנסטו מיר א אנדערע מערקווירדיגע רמז וואס שטייט שוין אין כלי יקר אויף דעם פסוק‪ ,‬דער רמב"ם (הל'‬ ‫דעות פ"ד ה"ב) ברענגט פון די גרויסע דאקטוירים אז א מענטש דארף כסדר מאכן איבונגען פארן עסן לצורך דאס געזונט פונעם‬ ‫קערפער‪ .‬טייטשט דער כלי יקר דערמיט‪" ,‬בזיע ת אפיך"‪ ,‬נאכדעם וואס די שוויצט און די מאכסט די איבונגען‪" ,‬תאכל לחם"‪,‬‬ ‫קענסטו שוין עסן דאס ברויט‪..‬‬ ‫שווייס איז נישט קיין קלייניגקייט‪ ,‬דער רבי זי"ע פלעגט צו זאגן אז מען שוויצט ביי מיינע הקפות שוויצט מען שוין פאר א גאנץ יאר‪,‬‬ ‫ענק האבן ב"ה זייער שיין געטאנצן די הקפות‪ ,‬מיט א התלהבות אין א לעבעדיגקייט‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬איך האב אויך געזעהן אין מחזור דברי יואל אז דער רבי האט צוזאמגעשטעלט די צוויי אויסדרוקן פון "ריקוד" א טאנץ‪ ,‬און‬ ‫"מרקד"‪ ,‬דער מלאכה פון זופן דאס מעל‪ ,‬ער האט עס משלב געווען אז דורכן טאנצן לכבוד התורה זופט מען אדורך פון זיך די חלק‬ ‫הרע‪ ,‬דאס פסולת מתוך האוכל‪..‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬אז די רעדסט פון דעם שלאנג האב איך פונקט געקלערט צו מיר וויאזוי טאקע איז דער שלאנג אנגעקומען אין גן עדן?‬ ‫טאטע‪ :‬דער רבי זי"ע בשנת תשי"ט איז געווען באזוכן אין ארץ ישראל‪ ,‬און שבת פ' דברים ביי די דרשה אין ירושלים האט דער רבי‬ ‫ארומגערעדט דערפון און צוגעברענגט די ווערטער פונעם ווילנער גאון‪ ,‬אז אין פסוק שטייט אז השי"ת האט באפוילן פאר אדם‬ ‫הראשון "לעבדה ולשמרה"‪ ,‬אז פשט איז‪ ,‬אז אדם הראשון איז באפוילן געווארן צו אפהיטן דעם גן עדן‪ ,‬אז עס זאל נישט אריינקומען‬ ‫ווער עס איז נישט ראוי דערצו‪ .‬און אדם הראשון האט אים יא אריינגעלאזט‪ ,‬און דערנאך האט ער שוין צוגערעדט צו עסן פונעם עץ‬ ‫הדעת‪..‬‬ ‫ליפא‪ :‬דעמאלס פארוואס טאקע האט אים אדם הראשון אריינגעלאזט?‬ ‫טאטע‪ :‬אה‪ ,‬אויף דעם איז דער רבי ממשיך‪ ,‬אז אדם האט נישט געהאט באקומען א דירעקטע באפעל פונעם אויבערשטן אויפ'ן‬ ‫שלאנג בפרטות נישט אריינצולאזן‪ ,‬נאר דער אויבערשטער האט אים באפוילן "לשמרה" עס אפצוהיטן‪ ,‬און אדם הראשון האט‬ ‫געהאט א גוטע כוונה‪ ,‬ער האט געטראכט אז אויב מען וועט אריינלאזן דעם שלאנג וואס דאס איז דער מקור הטומאה צו דעם‬ ‫הייליגן פלאץ דער גן עדן‪ ,‬וועט דער גן עדן משפיע זיין אויפן שלאנג צו ווערן איבערגעדרייט צום גוטן‪ ,‬אבער למעשה נישט נאר‬ ‫וואס דער שלאנג איז נישט געווארן גוט‪ ,‬נאר ער האט נאך צוגערעדט אדם מיט חוה צו עסן פונעם עץ הדעת‪ ,‬אין זיי זענען ביידע‬ ‫פארטריבן געווארן פונעם גן עדן‪ .‬או ן דער רבי איז ממשיך צו מבאר זיין אז דער חוב זיך צו היטן פון שלעכטס גייט ווייטער אן אפי'‬ ‫מען איז שוין נישט אין גן עדן‪ ,‬דא אויף דער וועלט איז דאך דער יצר הרע ווייטער דא‪ ,‬אין מען איז מחוייב זיך צו היטן פון אים‪.‬‬ ‫דער רבי רעדט דארט צו די אידן פון ארץ ישראל זיך צו שטארקן אקעגן די נסיונות‪ ,‬וואס אידישע קינדער האבן געוואוינט אין ארץ‬ ‫ישראל וואס דאס איז אזויווי דער גן עדן פון אדם הראשון‪ ,‬ומפני חטאינו גלינו מארצינו‪ ,‬מען איז פארטריבן געווארן פון גן עדן‪ ,‬אבער‬ ‫דער חיוב פון זיך היטן פונעם יצר הרע האט זיך נישט אויפגעהערט‪ ,‬נישט קיין חילוק ווי אין גלות מען איז‪ ,‬דארף מען זיך שטארקן‬ ‫אקעגן דעם יצר הרע‪ ,‬אין דאס וואס מען איז אין גלות איז א גזירה פון השי"ת‪ ,‬און די וועלכע זאגן ח"ו אז מען קען אליינס ארויפגיין‬ ‫קיין ארץ ישראל זענען כופרים רח"ל‪ ,‬אין די גזירת הגלות‪ ,‬און מען מוז זיך שטארקן נישט נאכגעשלעפט צו ווערן נאך זיי‪.‬‬ ‫יואל'יש‪ :‬גיב אהער די מעסער‪ ,‬איך וויל שניידן נאך א שטיקל חלה‪ ..‬אוי דער מעסער איז אביסל שטומפיג ס'שניידט שווער‪..‬‬ ‫ליפא‪ :‬די ווייסט וואס די דערמאנסט מיר‪ ,‬דער רבי זי"ע איז אמאל געווען ביי הרה"ק ר' ישעי'לע מקערעסטיר ביי אן אייניקל'ס א‬ ‫ברית‪..‬‬ ‫טאטע‪ :‬יא יא באקאנט ‪ ,‬ביי זיין איידעם הגה"צ ר' שמואל גראס זצ"ל אב"ד קראלי‪ ,‬נו דערצייל ווייטער‪..‬‬ ‫ליפא‪ :‬ביי די סעודה האט ר' ישעי'לע מכבד געווען דעם רבי'ן צו פירן טיש צוזאמען מיט אים‪ ,‬אין עס איז דארט געווען בלויז איין‬ ‫מעסער וואס האט זייער שווער געשניטן‪ ,‬האט זיך דער רבי אנגערופן צו ר' ישעי'לע בדרך צחות "אזוי זענען די רבי'ס מקיים דעם‬ ‫פסוק פון בזיעת אפיך תאכל לחם"‪..‬‬ ‫טאטע‪ :‬ליפא‪ ,‬אז דו גייסט שוין אריין אין ישיבה גדולה דארפסטו אויך וויסן אז חוץ תוספות דארף מען צולערנען דעם המאור מיטן‬ ‫מלחמות‪ ,‬דער רבי פלעגט פארהערן די בחורים אין צומאל אפי' פאר ‪ 15‬יעריגע בחורים פלעגט ער עס קענען פרעגן‪ ,‬איינמאל האט‬ ‫דער רבי געפרעגט פון א יונגע בחור'ל צו ער האט געלערנט דעם "המאור"‪ ,‬דער בחור אפי' בעצם האט ער גוט אפגעלערנט דעם‬ ‫המאור האט מחמת בושה געענטפערט‪ ,‬אז ער האט עס געלערנט נאר אביסל‪ ,‬האט אים דער רבי געענטפערט בדרך צחות מיטן‬ ‫אויסדרוק פונעם פסוק אין אונזער פרשה‪ ,‬אהא‪ ,‬דאס הייסט דער "המאור הקטן"‪..‬‬ ‫נו‪ ,‬יואל'יש‪ ,‬לכבוד דעם ערשטן שבת הויב אן דעם ניגון אויף ושמרו בני ישראל את השבת‪..‬‬ ‫פאר הערות אדער צו באקומען דעם גליון דורך אימעיל שיקט א אימעיל צו‪:‬‬ ‫‪Thesatmartish@gmail.com‬‬