שבת טיש מעשה - אידיש · Shabbos Tish Ma'aseh - Yiddish — נח (2026-10-12)

פרשת נח תשפ״ז בס״ד
א מעשה ביים
שבת טיש
דער צוואה פארן גוי
צוויי אידישע סוחרים זענען געפארן צו א
ווייטע שטאט צו פארקויפן זייער סחורה.
זיי זענען געווען די איינציגסטע אידן אין
יענע שטאט .יעדן טאג זענען זיי געשטאנען
אויפן מארק און פארקויפט זייערע זאכן
פאר די פויערן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 1
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
מיט דער צייט זענען זיי געווארן זייער נאנט
מיט די פויערן און זיי האבן אנגעהויבן זיך
צו פירן פונקט ווי זיי ,און די צוויי אידן
האבן שוין נישט אפגעהיטן די מצוות אזוי
שטארק ווי פריער.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 2
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
ענדליך האבן זיי שוין פארדינט גענוג געלט.
זיי האבן איינגעפאקט זייערע זאכן אויפן
וואגן און זיך געזעגנט פון די מענטשן אין
שטאט.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 3
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
עס איז שוין געווארן שפעט און פינצטער,
און די צוויי סוחרים זענען געווען זייער מיד.
זיי האבן געזוכט א פלאץ וואו
איבערצונעכטיגן .פלוצלינג האבן זיי געזען
פון דערווייטנס א ליכט פון א הויז ,און זיי
האבן געגאנגען צו יענע ריכטונג.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 4
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
זיי זענען אנגעקומען צום הויז און
אנגעקלאפט אין טיר .אן אלטער גוי האט
געעפנט און זיי שיין אויפגענומען ,און די
צוויי סוחרים זענען אריינגעגאנגען
אינעווייניג.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 5
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
דער גוי האט זיי געגעבן הייסע טיי .די
סוחרים האבן אים געבעטן אויב ער קען זיי
געבן עפעס צו עסן" .אבער מיין עסן איז
נישט כשר ",האט ער זיי געזאגט.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 6
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
"ס'איז גארנישט ",האבן זיי געענטפערט,
"מיר קענען אויך עסן נישט-כשר'ס".
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 7
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
דער גוי איז ארויסגעגאנגען פאר א מינוט,
און פלוצלינג איז ער צוריק אריינגעקומען
מיט א גרויסן האק אין זיין האנט .יעצט
האט ער שוין בכלל נישט אויסגעזען
פריינדליך .די צוויי סוחרים זענען געווארן
זייער דערשראקן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 8
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
"איך גיי אייך הרג'ענען און צונעמען אייער
געלט!" האט ער געשריגן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 9
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
דער גוי האט זיי אריינגעפירט אין אן אנדער
צימער" .איר האט נאך א האלבע שעה",
האט ער זיי געזאגט" ,נאכדעם וועל איך
אייך הרג'ענען .טוט וואס איר ווילט ביז
דעמאלט ".ער האט צוגעמאכט די טיר און
זיי דארט איינגעשפארט.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 10
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
די צוויי סוחרים האבן אנגעהויבן וויינען און
בעטן דעם אייבערשטן ער זאל זיי
ראטעווען .זיי האבן זיך דערמאנט ווי ווייט
זיי זענען אוועקגעפאלן ,און וויאזוי זיי האבן
אויפגעהערט צו היטן די מצוות .זיי האבן
פון טיפן הארץ תשובה געטון און זיך מקבל
געווען זיך צו פירן ווי ערלעכע אידן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 11
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
נאך א וויילע האט זיך די טיר געעפנט .דער
גוי איז דארט געשטאנען מיט א שמייכל.
"האט נישט קיין מורא ",האט ער זיי
געזאגט".איך האב אייך קיינמאל נישט
געוואלט וויי טון .איך וועל אייך יעצט
דערציילן פארוואס איך האב דאס געטון".
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 12
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
דער גוי האט אנגעהויבן דערציילן":מיט
פילע יארן צוריק ,בשעת די מלחמה מיט
נאפאלעאן ,איז אן אלטער ראבינער
אנגעקומען צו מיין הויז .איך האב אים
אריינגענומען ,און ער איז דא געבליבן .אין
דעם הויז איז דער צדיק נסתלק געווארן".
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 13
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
"איידער דער צדיק איז נסתלק געווארן,
האט ער מיר געזאגט אז עס וועט אמאל
קומען א טאג ווען צוויי אידן וועלן אנקומען
צו מיין הויז און וועלן בעטן נישט כשר'ע
עסן .ער האט מיר געהייסן זיי דערשרעקן,
כדי זיי זאלן תשובה טון .און ווען איך וועל
זען אז זיי האבן באמת תשובה געטון ,זאל
איך זיי לאזן גיין.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 14
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
דער אלטער גוי האט געענדיגט רעדן .די
צוויי סוחרים זענען געבליבן שטיין
פארגליווערט און נישט געקענט גלייבן דעם
סיפור .נאכן מאכן א חשבון ,האבן זיי
פארשטאנען אז דאס איז געווען דער
הייליגער בעל התניא זי"ע וואס האט אלעס
פאראויס געזען מיט זיינע הייליגע אויגן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 15
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
צופרי האבן זיי זיך געזעגנט פונעם גוי און
זיך ארויסגעלאזט ווייטער אויפן וועג.
אבער יעצט זענען זיי שוין געווען אנדערע
מענטשן .זיי האבן תשובה געטון און זיך
מקבל געווען פון יעצט און ווייטער צוריק
היטן די מצוות ווי עס דארף צו זיין.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 16
פרשת נח תשפ״ז בס״ד
דער צוואה פארן גוי
פאר סיי וועלכע שאלות אדער הערות ,אדער
אויב איר ווילט ארויסהעלפן מיט די הוצאות
פון ארויסגעבן די ביכער ,קענט איר אונז
שטענדיג שיקן א טעקסט אדער איבערלאזן א
וואויסמעיל ביי:
(718) 635-0616
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 17
