gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — נח (2026-10-12)

מוציא לאור: סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish

שבוע: נח (2026-10-12)

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — נח (2026-10-12)

פתח את ה-PDF הורדה

‫ב"ה‪ .‬גליון ב' פ' נח תשפ"ז לפ"ק‬ ‫היימישער "שבת טיש" שמועס צווישן‬ ‫אונזער טאטע שליט"א‪ ,‬אונזערע ברודערס‪,‬‬ ‫'ליפא' (ישיבה גדולה) אונזער 'יואל'יש'‬ ‫(יעצט אנגעהויבן כיתה ט') און פון 'זלמן‬ ‫לייב' וואס גייט שוין ב"ה אין כיתה ו'!‬ ‫ב"ה‬ ‫טאטע‪ :‬פשיהא‪ ...‬האסטו ליפא געזינגען א שיינעם ניגון אויף 'יום שבתון' האסט באמערקט אז דער ניגון האט א שייכות מיט די וואכעדיגע סידרא 'יונה‬ ‫מצאה בו מנוח וכו' כאשר נשבעת על מי נח'?‪ ,‬עס זענען געווען פלעצער ווי מען פלעגט זינגען דעם ניגון לכבוד שבת פ' נח‪.‬‬ ‫עס איז גראדע דא נאך א מערקווירדיגע פשט אויף "יונה מצאה בו מנוח" אין ספר לחם רב‪ ,‬אז דאס גייט ארויף אויף יונה הנביא‪ ,‬וואס איז געווען דריי‬ ‫טעג אין בויך פונעם פיש‪ ,‬און נאכדעם האט אים דער פיש ארויסגעווארפן‪ .‬מען טרעפט אויך אין מדרש ילקוט אז יונה האט געלויבט דעם אייבערשטן‬ ‫אין בויך פונעם פיש‪ ,‬לויטן חשבון אז יונה הנביא איז אריין אינעם פיש דאנערשטאג קומט אויס אז ווען ער איז ארויסגעקומען פונעם פיש איז עס געווען‬ ‫ערב שבת‪ ...‬קומט אויס אז ער האט געטראפן מנוחה אין שבת‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬מיין מגיד שיעור האט געזאגט די וואך בדרך צחות אויף די רש"י 'נח היה צריך סעד לתומכו' אז פרשת נח דארף מען נאך אביסל צוהעלפן די‬ ‫בחורים‪' ,‬אבל אברהם היה מתחזק ומהלך בצדקו מאליו' ווען מען קומט שוין אן צו פ' לך לך וואס מען רעדט פון אברהם אבינו דארף מען זיך שוין אליינס‬ ‫אונטערגארטלען!‬ ‫טאטע‪ :‬רש"י זאגט די וואך אויף נח 'יש מרבותינו דורשין אותו לשבח‪ ,‬ויש שדורשים אותו לגנאי'‪ ,‬פרעגט דער רבי אז אויב איז שייך צו דרש'נען 'לשבח'‬ ‫פארוואס זאל מען בכלל דרש'נען לגנאי? די תורה שרייבט דאך קלאר ארויס "צדיק תמים?!" נאר ‪ -‬ענטפערט דער רבי זי"ע ‪ ,-‬דער "יש דורשין לגנאי"‬ ‫דאס איז געווען נח אליינס! א צדיק האלט זיך דאך קליין‪ ,‬במילא האט נח אליינס געדרשנ'ט אז ער איז נישט קיין צדיק תמים!‬ ‫דער רבי ברענגט צו די באקאנטע מימרא פונעם הייליגן לובלינער זי"ע וואס האט געזאגט‪ ,‬אז אפי' דער אויבערשטער אליינס זאל אים זאגן אז ער איז א‬ ‫צדיק‪ ,‬איז ער מחויב צו גלייבן נאר אויף יענע סעקונדע‪ ,‬אבער איין רגע שפעטער ווער ווייסט וואס ער האט שוין געטון‪ ,‬איז ער שוין נישט מחויב‪...‬‬ ‫יואלי'ש‪ :‬מיין רבי אין חדר האט נאכגעזאגט א ווערטל פונעם 'ויגד יעקב' זצ"ל‪ ,‬אז אמאל איז א בעה"ב פון זיין שטאט געקומען צו אים‪ ,‬און ער האט זיך‬ ‫אינטערע סירט וויאזוי עס גייען אים זיינע געשעפטן‪ ,‬האט דער מענטש געענטפערט "שוואך"‪ ,‬האט אים דער ויגד יעקב געפרעגט "די מיינסט צו זאגן‬ ‫'שבח' אין אידיש אדער 'שבח' אין לשון הקודש?!‪...‬‬ ‫מיט דעם האט דער ויגד יעקב געטייטשט בדרך צחות די וואכעדיגע רש"י אז ביידע שיטות האבן געדרשנ'ט נח לשבח‪ ...‬נאר די ערשטע שיטה האט‬ ‫געלערנט אז מען זאגט דאס אין לשון הקודש אבער די יש אומרים די צווייטע שיטה האבן עס געזאגט אין אידיש 'שוואך‪'.‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬רש"י זאגט שפעטער אויפן פסוק "כי אותך ראיתי צדיק לפני"‪ ,‬אז עס שטייט נישט "תמים"‪ ,‬ווייל מען זאגט נאר מקצת שבחו פאר א מענטש‪,‬‬ ‫פארוואס טאקע זאגט מען נאר 'מקצת שבחו' פאר א מענטש?‬ ‫טאטע‪ :‬דער רבי האט אמאל געזאגט א טעם דערויף‪ ,‬עס שטייט אין די גמ' אז א מענטש זאל נישט צופיל רעדן פון די גוטס פון זיין חבר‪' ,‬שמתוך שבחו‬ ‫בא לידי גנותו'‪ ,‬ווייל דער סדר העולם איז‪ ,‬אז אויב מען רעדט פון די גוטע פון א מענטש וועט מען צום סוף רעדן פון זיין שאנדע‪ .‬במילא כדי נישט‬ ‫צוצוקומען צו רעדן פון די שאנדע פון א צווייטן מענטש זאל מען נישט פארמערן צו רעדן פון זיין לויב און נאר זאגן 'מקצת שבחו בפניו‪'.‬‬ ‫ליפא‪ :‬מען זעט די וואך אין די סדרה ווי מען דארף זיין געהיטן מיטן דיבור‪ ,‬ווייל אויפן פסוק 'אשר איננה טהרה‪ ',‬זאגט די גמ' אין מס' פסחים אז דער‬ ‫פסוק האט צוגעלייגט אכט אותיות פון די צוויי ווערטער 'אשר איננה' כדי נישט ארויסצוזאגן די ווארט "טמא"!‬ ‫טאטע‪ :‬די גמ' אין מס' סנהדרין זאגט דאך אויפן פסוק "וישלח את היונה מאתו"‪ ,‬אז די טהור'ע פייגל זענען געווען נעבן נח‪ ,‬ווייל עס שטייט "מאתו‪".‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬איך האב טאקע אינזינען געהאט צו פרעגן‪ ,‬אין פסוק שטייט אז נח האט ארויסגעשיקט דעם ראאב‪-‬פויגל‪ ,‬דערנאך די טויב‪ ,‬אין צום סוף ווען‬ ‫די טויב איז מער נישט צוריקגעקומען‪ ,‬און נח האט שוין געוויסט אז עס איז טרוקן די ערד האט ער געווארט אז דער אויבערשטער זאל אים געבן רשות‬ ‫ארויסצוגיין‪ ,‬אויב האט ער געדארפט באקומען רשות פארוואס האט ער בכלל געשיקט א טויב ארויסצוגיין קוקן צו די ערד איז טרוקן?‬ ‫טאטע‪ :‬זייער גוט געפרעגט! דער רבי זי"ע איז מסביר דעם גאנצן ענין‪ ,‬נח האט געוואלט ווייזן פאר די שפעטערדיגע דורות צו ביישטיין אזא ענליכע‬ ‫נסיון‪ ,‬נישט ארויסצוגיין פון גלות פאר די צייט פון השי"ת‪ ,‬במילא האט ער געשיקט איינמאל די טויב און נאכאמאל‪ ,‬און דעמאלטס ווען נח האט געזען‬ ‫אז די ערד איז שוין אינגאנצן טרוקן‪ ,‬אין מען קען שוין ארויסגיין‪ ,‬הערשט דעמאלטס האט זיך אנגעהויבן דאס ריכטיגע ווארטן אויפ'ן רשות פונעם‬ ‫אויבערשטן‪ ,‬און דאס זעלבע איז מיט די גאולה ה שלימה‪ ,‬אז א מענטש טאר גארנישט טאן אליינס זיך אויסצולייזן‪ ,‬נאר זיצן רואיג און ווארטן אויף רשות‬ ‫פונעם אויבערשטן‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬מיין מגיד שיעור האט נאכגעזאגט א זיס ווארט אויף דעם 'בלעטל' וואס די יונה האט צוריקגעברענגט‪ ,‬אין די צייטן ווען עס האבן זיך אנגעהויבן‬ ‫צו פארשפרייטן אויף זייער א ברייטער פארנעם אידישע צייטונגען‪ ,‬א גרויס חלק פון זיי זענען געווען פון די אפיקורסים‪ ,‬וואס האבן געשריבן מינות וכפירה‬ ‫מיט ליצנות אויף כל הקודש לנו‪ ,‬און די אנדערע צייטונגען‪ ,‬איז אפי' עס האט נישט געהאט די אלע איסורים האט דאס סתם גורם געווען צו ביטול תורה‬ ‫וביטול הזמן‪.‬‬ ‫האט דעמאלטס הרה"ק ר' שלמה מ'באבוב זי"ע געטייטשט דעם פסוק אין אונזער סדרה‪ ,‬זאגענדיג אז דער יצר הרע זוכט דוקא צו כאפן די ערליכע אידן‪,‬‬ ‫במילא דער ראאב‪-‬פויגל אפי' ער איז געווען אן עוף טמא אבער ער איז נישט צוריקגעקומען מיט קיין בלעטער אין מויל‪ ,‬דוקא די יונה די טהור'ע פייגל‬ ‫איז צוריקגעפלויגן מיט אן עלה זית בלעטער‪-‬צייטונגען אין מויל! דער פסוק זאגט טאקע "בפיה"‪ ,‬אין איר מויל‪ ,‬ווייל מען האט אויסגעשמועסט פונקטליך‬ ‫אלע נייעס‪ ,‬וואס עס שטייט דארט‪" ,‬לעת ערב" וואס דאס גייט ארויף אויף די צייטן פון סוף גלות‪ ,‬אזוי ווי דער פסוק זאגט "לעת ערב יהי' אור"‪ ,‬וואס‬ ‫דער שטן איז זיך דוקא דע מאלטס מתגבר צו מאכן ביטול תורה צו מעכב זיין די גאולה חס ושלום‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬איך האב אמאל געהערט א ווערטל אויף די צייטונגען‪ ,‬די גמרא זאגט דאך אז דער אויבערשטער האט געמאכט אז עס זאל דונערן בשעת א‬ ‫רעגן כדי אויסצוגראדן די קרומקייט פון די הערצער‪ ,‬א קליין קינד האט אמאל געפרעגט זיין טאטע פארוואס דער באשעפער מאכט עס זאל דונערן און‬ ‫בליצן‪ ,‬האט אים דער טאטע געענטפערט ‪ -‬געבויעט אויף די פריערדיגע גמרא ‪ -‬אז ווען א מענטש זאגט א ליגנט מאכט דער באשעפער אז עס זאל דונערן‬ ‫און בליצן‪ .‬איין נאכט ‪ 3:00‬פארטאג'ס שטייט דאס קינד אויף אין א בהלה‪ ,‬וואס איז‪ ,‬עס דונערט און בליצט מיט קולי קולות‪ ,‬דאס קינד לויפט צום טאטן‬ ‫און פרעגט "טאטי ווער זאגט יעצט אזוי סך ליגנט אינמיטן די נאכט? ענטפערט אים דער טאטע "קינד מיינס‪ ,‬יעצט גייען אלע צייטונגען צום דרוק‪"...‬‬ ‫איך טראכט יעצט בשעת מעשה‪ ,‬קען זיין אז דערפאר האט דאס יאר די ערשטע טעג סוכות – ווען עס איז אנגעקומען אהיים אלע היינטיגע דיקע‬ ‫מאגאזינען – אזוי פיל גערעגנט‪ ,‬געדינערט און געבליצט‪...‬‬ ‫יואלי'ש‪ :‬איך האב אמאל געהערט א טייטש טאקע פון זיין זון דער קדושת ציון פון באבוב זצ"ל‪ ,‬אויף דעם שטיקל סליחות פון ערב ראש השנה‪' ,‬אם‬ ‫סררו כפרה מרוב עתים וימים' אז די סיבה פון 'אם סררו' אז מען האט אפגעקערט פונעם גוטן וועג איז "מרוב עתים וימים"‪ ,‬פון די אלע כתבי עת‪ ,‬די‬ ‫צייטונגען און אויסגאבעס!‬ ‫טאטע‪ :‬דער רבי פלעגט דאך כסדר נאכזאגן פונעם ציעשנובע'ר רב זצוק"ל‪ ,‬וואס דער ציעשנובער רב איז געווען א גרויסער לוחם אקעגן די ציונים‪ ,‬און‬ ‫די צייטונגען פלעגן גיסן פעך אין שוועבל אויף אים יעדן טאג‪ ,‬פלעגט ער זאגן אז א טאג וואס די צייטונגען שרייבן נישט אויף אים איז ער מהרהר בתשובה‬ ‫פארוואס די צייטונגען בארעדן אים נישט‪ .‬פלעגט דער רבי אויספירן בדרך צחות " מיר לאזט מען נישט תשובה טאן" ווייל די צייטונגען פלעגן איעדן טאג‬ ‫בארעדן דעם רבי'ן‪ ,‬נישט אויסלאזן קיין איין טאג‪.‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬אויף נח פלעגט מען אויך רעדן?‬ ‫טאטע‪ :‬זיכער‪ ,‬אין מדרש שטייט אז די גאנצע ‪ 120‬יאר האט נח איינגעפלאנצט און געשניטן די ביימער צו קענען בויען דאס תיבה‪ ,‬און די מענטשן האבן‬ ‫אים געפרעגט פארוואס ער דארף עס‪ ,‬האט ער געענטפערט אז דער אויבערשטער גייט ברענגען א מבול‪ ,‬האבן זיי געענטפערט מיט חוצפה‪" :‬אויב וועט‬ ‫קומען א מבול וועט עס קומען נאר אויף די הויז פון דעם מענטש נח"‪ ,‬און טאקע פארן מבול‪ ,‬ווען מתושלח איז געשטארבן‪ ,‬האבן די רשעים געזאגט "זעט‬ ‫עטס‪ ,‬עס איז טאקע געקומען א מבול אויף דעם נח"‪.‬‬ ‫עס איז דא א ווארט פונעם באניהאדער רב זצ"ל אין זיין ספר וידבר משה אויפן פסוק וישאר 'אך נח'‪ ,‬וואס מיינט דאס "נאר נח"? נאר די לצים פונעם‬ ‫דור המבול האבן דאך זיכער צוגעטשעפעט אסאך שפעט‪-‬נעמען צום צדיק נח‪ ,‬אזויווי דער סדר פון די רשעים אין אלע דורות צו חוזק מאכן פון די‬ ‫צדיקים‪ ,‬במילא האבן זיי אנגערופן נח א 'חסיד שוטה' אדער א 'פאפער'‪ ,‬אבער ביים מבול זענען דאך די אלע רשעים געשטארבן‪ ,‬במילא זענען די שפעט‬ ‫נעמען אויך אויסגעמעקט געווארן‪ ,‬און עס איז נאר איבערגעבליבן 'נח' אליינס אן די אלע צוגעלייגטע שפעט‪-‬נעמען‪...‬‬ ‫יואלי'ש‪ :‬מיין רבי האט נאכגעזאגט פונעם הייליגן חתם סופר זצ"ל וואס א יז דאך אוועק כ"ה תשרי‪ ,‬און יום טוב סוכות איז ער שוין געלעגן מיט יסורים‬ ‫נוראים‪ ,‬אז ער האט געזאגט אז אין די רש"י זעהט מען אז "אך" מיינט קרעכצן‪ ,‬ווי מענטשן קרעכצן "אך" פון יסורים‪ .‬דאס זאגט דער פסוק "והיית אך‬ ‫שמח"‪ ,‬אין סוכות ברויך מען זיין פרייליך אפילו ווען מען קרעכצט‪...‬‬ ‫איך וויל טאקע פארשטיין‪ ,‬די מענטשן פונעם דור המבול האבן טאקע געמיינט באמת אז עס גייט קומען א מבול אויף נח דעם צדיק?‬ ‫טאטע‪ :‬דער רבי פרעגט די קשיא‪ ,‬און דער רבי ענטפערט אז די עיקר עבירה פונעם דור המבול איז געווען‪ ,‬אז אויף אלע זייערע עבירות האבן זיי געהאט‬ ‫תירוצים אז עכט איז עס מותר על פי תורה‪ ,‬ווייל עס זענען געווען שופטים וואס האבן אויסגעלערנט אלע פאלשע היתרים‪ ,‬ווי למשל צו גנב'נען ווייניגער‬ ‫ווי א שוה פרוטה‪ ,‬א‪.‬א‪.‬וו‪ .‬אויף אלע עבירות פונעם דור המבול‪.‬‬ ‫און דאס איז דער דרך פון די היינטיגע נאכשלעפער פון די היינטיגע רשעים צו פארדעקן און פארווישן אלע שלעכטס וואס ווערט ליידער געטאן אין ארץ‬ ‫ישראל‪ ,‬און זאגן אז חיבת הארץ און אהבת ישראל פארדעקט אלעס‪ ,‬דאס איז גורם אז דער תמימותד'יגער המון עם גייען נאך און רעדן זיך נאך איין אז‬ ‫עס איז גוט‪ .‬ביים מבול איז אויך אזוי געווען‪ ,‬אז די שלעכטע שופטים האבן געגעבן גערעכט פאר אלע עבירות‪ ,‬אין נח מיט מתושלח זענען געווען די‬ ‫איינציגע מוחים אקעגן אלע מענטשן מיט די פאלשע שופטים‪ ,‬אבער די מענטשן ארום האבן געהאלטן אז נח טאר נישט קריגן אויף זייערע מנהיגים‪ ,‬זיי‬ ‫האבן געהאלטן נח פאר א בעל מחלוקה‪ ,‬במילא האבן זיי געהאלטן אז דער מבול וועט קומען אויף נח און נישט אויף זיי‪.‬‬ ‫יואלי'ש‪ :‬מיין מלמד האט טאקע נאכגעזאגט אז דער זוהר הקדוש זאגט‪ ,‬אז נח וואלט ווען געדארפט מתפלל זיין אויף די מענטשן פון זיין דור אז עס זאל‬ ‫נישט קומען די מבול‪ ,‬משה רבינו איז געווען א גלגול פון נח‪ ,‬און מיט דעם וואס משה האט מתפלל געווען אויף די אידן ביי די גזירה פון די עגל האט ער‬ ‫מתקן געווען דאס וואס ער אליינס אין פריערדיגן גלגול אין נח האט נישט דעמאלטס מתפלל געווען‪ .‬פרעגט דער רבי פארוואס טאקע האט נח אליינס‬ ‫נישט מתפלל געווען?‬ ‫נאר מען זעט ביי ר' יוחנן בן זכאי‪ ,‬ווען אספסינו ס קיסר האט אים געגעבן רשות צו בעטן פארן חורבן בית המקדש וואס ער האט געוואלט‪ ,‬האט ער‬ ‫געבעטן צו לאזן לעבן די שטאט יבנה וחכמיה‪ ,‬פארוואס האט ער נישט געבעטן אז מען זאל בכלל נישט חרוב מאכן די בית המקדש? אויף דעם זאגט די‬ ‫גמרא דעם פסוק "משיב חכמים אחור"‪ ,‬אז פון הימל האט מען אוועקגענומען די חכמה‪ ,‬כדי דער ביהמ"ק זאל יא קענען חרוב ווערן‪ ,‬דאס איז געווען די‬ ‫גזירה משמים‪.‬‬ ‫אזוי אויך דא ביי נח‪ ,‬פון הימל האט מען אוועקגענומען די חכמה פון נח צו מתפלל זיין‪ ,‬ווייל זיי זענען נישט געווען גענוג ראוי צו ווערן געראטעוועט‬ ‫פונעם מבול‪ ,‬אבער נח האט דאך געדארפט מתקן זיין דאס וואס ער האט נישט מתפלל געווען‪ ,‬במילא איז ער צום סוף נתגלגל געווארן אין משה רבינו‪,‬‬ ‫און דעמאלטס מתפלל געווען אויף בני דורו‪.‬‬ ‫מיט דעם איז דער רבי מפרש די ווערטער פונעם בעל הטורים וואס זאגט אז די סופי תיבות פון "האלקי'ם התהל'ך נ'ח" איז חכ"ם‪ ,‬דאס איז א רמז אויף‬ ‫די חכמה פון נח‪ ,‬וואס בשעת'ן מבול האט מען אים דאס אוועקגענומען‪ ,‬אבער צום סוף ביי משה רבינו האט מען אים דאס צוריקגעגעבן‪ ,‬און דעמאלטס‬ ‫האט ער מתפלל געווען אויף זיין דור‪.‬‬ ‫דאס קען זיין דער פשט "איזהו חכם הרואה את הנולד"‪ ,‬ווער קען ווערן אנגערופן א חכם‪ ,‬מען האט דאך אוועק גענומען די חכמה פון נח‪ ,‬נאר "הרואה‬ ‫את הנולד"‪ ,‬אויב מען קוקט פאראויס ווער עס גייט געבוירן ווערן דאס איז משה רבינו‪ ,‬דארט קען מען זיין א חכם‪.‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬מיין רבי האט טאקע נאכגעזאגט דעם באקאנטן טייטש פונעם הייליגן בעש"ט הק' אויף די ווארט 'תיבה'‪ ,‬פון פסוק "צהר תעשה לתיבה"‪,‬‬ ‫תיבה קען אויך טייטשן א 'ווארט'‪" ,‬צהר"‪ ,‬א באלייכטונג‪" ,‬תעשה לתיבה"‪ ,‬זאלסטו מאכן צו די ווערטער פון דאווענען‪ ,‬ווייל אויף יעדע ווארט פון‬ ‫דאווענען זענען אנגעהאנגען עולמות עליונים מיט נשמות‪ ,‬און די ווארט וואס מען זאגט ארויס דארף לייכטן‪ ,‬און דאס קען מען נאר טאן אויב מען איז‬ ‫מקיים די פסוק ווייטער‪" ,‬בא אתה וכל ביתך אל התיבה"‪ ,‬אז מען זאל אריינגיין אין דעם ווארט מיטן גאנצן גוף‪ ,‬מיט אלע כוחות צו דאווענען לעבעדיג‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬גראדע אויף דעם פסוק איז דא א באקאנטע ווארט פונעם רבי'נס גבאי ר' לייזער‪ ,‬דער ר' לייזער איז געווען אן עלטערע איד וואס איז נאך געווען‬ ‫א גבאי ביים הייליגן ר' אייזיקל זידיטשובער זי"ע און ביי נאך אסאך צדיקים‪ ,‬און צום לעצט ביים הייליגן רבי'ן זי"ע‪ .‬האט ער נאכגעזאגט א ווארט פונעם‬ ‫הייליגן ר"ר מרדכי'לע נאדבורנער זי"ע ביי וועמען ער האט אויך משמש געווען‪ ,‬דער רבי פלעגט עס כסדר נאכזאגן אזוי‪" ,‬דער גבאי מיינער האט מיר‬ ‫דערציילט‪ ,‬אז ר"ר מרדכי'לע נאדבורנער האט אמאל געטייטשט "צהר תעשה לתיבה"‪ ,‬אידן זאלן מאכן חלות אויף שבת‪ ,‬ער האט מסביר געווען "תעשה‬ ‫איז דאך טייטש אז מען זאל מאכן‪ ,‬לתיבה זאגט דאך רש"י אין פרשת תרומה אז די לחם הפנים איז דאך געווען עשוי כמין תיבה‪ ,‬במילא רעדט זיך דאך‬ ‫עס וועגן חלות‪ ,‬צהר מיינט לעכטיג‪ ,‬און אז א איד האט חלות אויף שבת איז דאך לעכטיג‪...‬‬ ‫ליפא‪ ,‬דיר קען איך מכבד זיין מיט אראפלייגן שיין דעם "וגם את נח באהבה זכרת" פון הרה"ח ר' משה גאלדמאן ע"ה‪ ,‬וואס אונז האבן זיך אויסגעלערנט‬ ‫דעם פארגאנגענעם ראש השנה‪ ,‬דאס איז דאך אויך מעניני דיומא פון דעם שבת‪...‬‬ ‫פאר הערות אדער צו באקומען דעם גליון דורך אימעיל שיקט א אימעיל צו‪:‬‬ ‫‪Thesatmartish@gmail.com‬‬