gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — לך לך (2026-10-19)

מוציא לאור: אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive

שבוע: לך לך (2026-10-19)

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — לך לך (2026-10-19)

פתח את ה-PDF הורדה

‫קונטרס‬ ‫אמרי מנחם‬ ‫דברי תורה וסיפורי קודש‬ ‫מאת כבוד קדושת מרן‬ ‫רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע‬ ‫אדמו"ר משינאווא‬ ‫לך‬ ‫גליון קס"ג ‪ -‬שנה ד' ‪ -‬שנת תשפ"ז לפ"ק‬ ‫· אידיש ·‬ ‫יו"ל ע"י‬ ‫כל הזכויות שמורות‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫וְ ֶא ֶע ְׂש ָך לְ גוֹי ָּגדוֹל וַ ֲא ָב ֶר ְכ ָך וַ ֲאגַ דְּ לָ ה ׁ ְש ֶמ ָך וֶ ְהיֵ ה ְּב ָר ָכה‪.‬‬ ‫א) רש"י זאגט אינעם ערשטן פשט‪" :‬והיה ברכה ‪ -‬הברכות נתונות‬ ‫בידך‪ ,‬עד עכשיו היו בידי‪ ,‬ברכתי לאדם ונח ומעכשיו אתה‬ ‫תברך את אשר תחפוץ" – ביז יעצט האב איך אליינס געגעבן ברכות‪,‬‬ ‫און פון יעצט און ווייטער וועסטו קענען בענטשן וועמען דו וועסט‬ ‫וועלן‪ .‬לכאורה‪ ,‬וויאזוי שטימט דער ֶ'ו ְהיֵ ה'‪ ,‬וואס איז משמע אז‬ ‫אברהם זעלבסט וועט עפעס 'ווערן'‪ ,‬דא רעדט מען דאך נישט פון‬ ‫קיין שינוי אינעם מהות פונעם מענטש‪ ,‬נאר פון א כח וואס ער‬ ‫באקומט צו בענטשן‪ ,‬וואלט געדארפט שטיין עפעס א לשון ווי ְ'ו ֵתן‬ ‫ברכות' וכדומה?‬ ‫ב) אין צווייטן פשט זאגט רש"י‪" :‬דבר אחר‪ ,‬ואעשך לגוי גדול זהו‬ ‫שאומרים אלקי אברהם‪ ,‬ואברכך זהו שאומרים אלקי יצחק‪,‬‬ ‫ואגדלה שמך זהו שאומרים אלקי יעקב‪ ,‬יכול יהיו חותמין בכולן‬ ‫תלמוד לומר והיה ברכה‪ ,‬בך חותמין ולא בהם" – דער 'והיה ברכה'‬ ‫קומט זאגן‪ ,‬אז מען וועט נישט ענדיגן די ערשטע ברכה מיט אלע‬ ‫אבות‪ ,‬נאר בלויז מיט 'מגן אברהם'‪ .‬אין די טעג (י"ב חשון) געפאלט‬ ‫דער יארצייט פונעם שווער זכרונו לברכה (הגה"צ מוואוידיסלאוו זצ"ל)‪,‬‬ ‫שטעלט ער זיך (בספרו ירבה תורה פר' לך אות ה)‪ ,‬וואס איז א חילוק צי מען‬ ‫ענדיגט מיט אלע אבות אדער בלויז מיט אברהם?‬ ‫ג) אויך ווייסן מיר דאך א כלל‪ ,‬אז ווען רש"י זאגט א 'פשט' און א‬ ‫'דרש'‪ ,‬איז פארהאן עפעס א שייכות צווישן זיי‪ ,‬און ביידע‬ ‫גייען אויפן זעלבן מהלך‪ .‬דארף מען פארשטיין דעם שייכות דא‬ ‫צווישן דעם כח צו בענטשן מיט דעם ענין פון ענדיגן 'מגן אברהם'?‬ ‫ד) דער בעל הטורים מאכט דא א חשבון‪ ,‬אז דער אייבערשטער האט‬ ‫דא געגעבן פאר אברהם 'שבע ברכות'‪ .‬דארף מען פארשטיין‬ ‫וואס האט דאס א שייכות מיט די 'שבע ברכות' פון 'שמחת חתן‬ ‫ב‬ ‫וכלה'?‬ ‫ה) אויבן אין פרשת נח זאגט רש"י א חילוק צווישן נח און אברהם‪:‬‬ ‫"את האלקים התהלך נח ‪ -‬ובאברהם הוא אומר אשר‬ ‫התהלכתי לפניו‪ ,‬נח היה צריך סעד לתומכו‪ ,‬אבל אברהם היה מתחזק‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫ומהלך בצדקו מאליו" – נח האט געדארפט א 'סעד' אים‬ ‫אונטערצולאנען‪ ,‬אבער אברהם איז געגאנגען פון זיך אליינס‪ .‬דא ביי‬ ‫אונז זאגט רש"י א חילוק צווישן נח און אברהם‪ ,‬אז נח האט נישט‬ ‫געקענט בענטשן און אברהם האט יא געקענט‪ .‬לכאורה‪ ,‬איז מסתבר‬ ‫אז דאס האט א שייכות מיט דעם חילוק פון 'סעד לתומכו'‪ ,‬דארף‬ ‫מען פארשטיין דעם שייכות?‬ ‫ו) בכלל דארף מען פארשטיין‪ָ ,‬אן סייעתא דשמיא קען מען דאך‬ ‫גארנישט‪ ,‬נו‪ ,‬וואס מיינט רש"י צו זאגן‪ ,‬אז אברהם האט‬ ‫נישט געדארפט קיין 'סעד לתומכו'?‬ ‫ז) דער עבודת ישראל (פרשתן ד"ה איתא בילקוטא) ברענגט א מדרש אויפן‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ימנִ י ַכחו ָתם ַעל ִל ֶ ּב ָך" – זה אברהם שהיה דבוק‬ ‫"ש ֵ‬‫פסוק (שיר השירים ח‪ ,‬ו)‪ִ :‬‬ ‫בהקדוש ברוך הוא כחותם" – אברהם אבינו איז געווען דבוק אינעם‬ ‫אייבערשטן ווי א זיגל‪ .‬און דער עבודת ישראל איז דאס מסביר‪ ,‬אז‬ ‫פונקט ווי דער זיגל האט אין זיך די גאנצע צורה פונעם בילד וואס מען‬ ‫האט איינגעקריצט אין אים‪ ,‬אט אזוי איז געווען אברהם אבינו‪ ,‬אז‬ ‫דער גאנצער רצון הבורא איז געווען איינגעקריצט אין זיינע אברים‪,‬‬ ‫וואס דערפאר האט ער מקיים געווען די גאנצע תורה נאך איידער‬ ‫מען האט עס געגעבן‪ .‬לכאורה קען מען טייטשן מיט דעם מדרש‪ ,‬אז‬ ‫דאס ליגט אין די ווערטער פון רש"י‪' :‬בך חותמין' ‪ -‬מיט דיר וועט מען‬ ‫זיגלען‪ .‬אבער לכאורה דער עבודת ישראל רעדט בעיקר פון דעם‬ ‫ענין‪ ,‬אז אברהם אבינו האט געהאט איינגעקריצט אין זיך דעם רצון‬ ‫ה'‪ ,‬אבער וואס איז דער פשט פון דעם אז אברהם וועט חתמ'ענען?‬ ‫וואס ליגט אין דעם? און וואס האט דאס מיטן ענין פון אויספירן די‬ ‫ברכה בלויז מיט 'מגן אברהם'?‬ ‫ג‬ ‫א וזל"ק‪" :‬איתא בילקוט שימני כחותם על לבך (שה"ש ח‪ ,‬ו) זה אברהם שהיה דבוק‬ ‫בהקב"ה כחותם וכו'‪ ,‬ביאור הדברים‪ ,‬כי אברהם אבינו ע"ה היה דבוק כחותם‬ ‫כי החותם מצייר צורתו במה שכנגדו כמו בשעוה וכיוצא בו‪ .‬דהיינו אם החותם‬ ‫צורתו בולטת שכנגדו שוקע ואם הוא שוקע שכנגדו בולט‪ .‬וכן הנמשל באברהם‬ ‫אבינו ע"ה שהיה כל כך דבוק בקב"ה עד שנחקק בו כל כך רצון הבורא עם כל‬ ‫תורתו ומצותיו עד שהשיג הכל וקיים אפילו עירובי תבשילין ומחמת דביקותו‬ ‫ברצונו ית"ש נחקק באיבריו כל הרשימו מה שיעשה בהם עד שקיים כל התורה"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ח) אין פרשת שמיני שטייט (ויקרא ט‪ ,‬כב)‪" :‬וַ ִ ּי ּ ָשא ַא ֲהרן ֶאת יָ ָדו ֶאל ָה ָעם‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫וַ יְ ָב ֲר ֵכם וַ ֵ ּי ֶרד ֵמ ֲעשת ַה ַח ָּטאת וְ ָהע ָלה וְ ַה ּ ְש ָל ִמים" – נאכדעם‬ ‫וואס אהרן האט געמאכט די קרבנות‪ ,‬האט ער געבענטשט דעם‬ ‫פאלק מיט ברכת כהנים‪ .‬די גמרא זאגט (מגילה יח‪ ,).‬אז דער פסוק איז‬ ‫'מסורס'‪ ,‬ווייל קודם איז געווען דער 'וירד מעשות החטאת' און‬ ‫נאכדעם איז געווען דער 'ויברכם'‪ .‬לכאורה‪ ,‬פארוואס טאקע שטייט‬ ‫עס נישט לויטן סדר ווי עס איז געווען?‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ט) אין פרשת דברים שטייט (דברים א‪ ,‬יא)‪" :‬ה' ֱאל ֵקי ֲאבו ֵת ֶכם י ֵסף‬ ‫ׁ‬ ‫יב ֵר ְך ֶא ְת ֶכם ַּכ ֲא ֶשר ִ ּד ֶ ּבר ָל ֶכם" – דער‬ ‫יכם ָּכ ֶכם ֶא ֶלף ּ ְפ ָע ִמים וִ ָ‬ ‫ֲע ֵל ֶ‬ ‫אייבערשטער זאל מוסיף זיין אויף אייך טויזנט מאל אזויפיל‪ ,‬און ער‬ ‫זאל אייך בענטשן אזויווי ער האט גערעדט צו אייך‪ .‬זאגט רש"י‪:‬‬ ‫"אמרו לו‪ ,‬משה אתה נותן קצבה לברכותינו‪ ,‬כבר הבטיח הקב"ה את‬ ‫אברהם אשר אם יוכל איש למנות" – אידן האבן געפרעגט משה‪ ,‬דער‬ ‫אייבערשטער האט דאך צוגעזאגט פאר אברהם אבינו‪ ,‬אז מען וועט‬ ‫נישט קענען ציילן זיינע קינדער‪ ,‬נו‪ ,‬פארוואס גיבסטו א מאס פון‬ ‫טויזנט מאל? "אמר להם‪ ,‬זו משלי הוא אבל הוא יברך אתכם כאשר‬ ‫דבר לכם" – האט משה רבינו זיי געענטפערט‪ ,‬די ברכה וואס איך גיב‬ ‫אייך איז בלויז פון מיר‪ ,‬אבער דער אייבערשטער זאל אייך טאקע‬ ‫בענטשן ָאן א מאס‪ .‬לכאורה‪ ,‬וואס הייסט 'זו משלי'‪ ,‬ווען משה רבינו‬ ‫וואונטשט גיבט ער דען עפעס פון זיך‪ ,‬א ברכה איז דאך אלעמאל‪ ,‬אז‬ ‫מען וואונטשט יענעם 'דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫האבן כך וכך'‪ ,‬אזויווי משה רבינו זאגט דא אליינס‪" :‬ה' ֱאל ֵקי ֲאבו ֵת ֶכם‬ ‫ֹ‬ ‫יכם ָּכ ֶכם ֶא ֶלף ּ ְפ ָע ִמים"‪ ,‬נו‪ ,‬וואס הייסט 'זו משלי'?‬ ‫י ֵסף ֲע ֵל ֶ‬ ‫ביים דאווענען איז מען א 'מקבל'‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬די ספרי היסודב זענען מסביר דעם‬ ‫חילוק צווישן 'תפלה' און 'ברכה'‪ ,‬ווייל כאטש וואס דער נוסח ווען‬ ‫ד‬ ‫ב עי' בספר העקרים מאמר ד' פי"ט וז"ל‪" :‬והנראה לי בזה הוא שענין הברכות אינו‬ ‫הגדת עתידות כלל‪ ,‬אבל הוא תפלה עם נתינת הכנה אל המקבל שיחול השפע‬ ‫האלקי עליו‪ .‬וזה שהשפעים העליונים ישתלשלו ויושפעו על המקבלים בהדרגות‬ ‫ואמצעיים‪ ,‬ובתנאים שיהיו המקבלים ראוים ועל יחס וסדר שמור‪ ,‬ושיהיו עם זה‬ ‫מוכנים לקבל השפע ההוא‪ .‬ואם יפסק ההשתלשלות מאיזה מהאמצעיים ולא‬ ‫יהיה היחס שמור או הסדר‪ ,‬או יהיה המקבל בלתי מוכן‪ ,‬יתבלבל השפע או‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫א איד גיבט א ברכה – איז טאקע מיטן זעלבן לשון ווי ער זאגט‬ ‫ביים דאווענען‪' ,‬דער אייבערשטער זאל העלפן' – דאך איז פארהאן‬ ‫א גרויסער חילוק צווישן 'תפלה' און 'ברכה'‪ .‬ווייל 'תפלה' איז דער‬ ‫פשט‪ ,‬אז א איד איז זיך מכניע און ער בעט זיך ביים אייבערשטן‪.‬‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬ער איז יעצט א 'מקבל' וואס נעמט השפעה פון אויבן‪.‬‬ ‫און ווי מער שפל'דיג און נכנע ער איז ביי זיך‪ ,‬אלץ חשוב'ער איז‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫"לב נִ ְש ָ ּבר וְ נִ ְד ֶּכה ֱאל ִקים לא‬ ‫די תפלה; ווי עס שטייט (תהלים נא‪ ,‬יט)‪ֵ :‬‬ ‫ִת ְבזֶ ה"‪ .‬ווייל ווי מער הכנעה עס ליגט אין דער תפלה – אלץ מער‬ ‫'מקבל' איז ער‪ .‬ווידער אבער 'ברכה' איז דער פשט‪ ,‬אז דער צדיק‬ ‫ווערט יעצט א 'צינור' און א ְ ּ‬ ‫'ב ֵר ָכה' 'משפיע' צו זיין די השפעה פון‬ ‫אויבן‪ .‬אז אפילו אויב דער מענטש איז נישט ראוי צו באקומען אזא‬ ‫שפע‪ ,‬ער האט נישט די הכנה מקבל צו זיין אזא טובה‪ ,‬אבער דער‬ ‫צדיק ווערט דער 'כלי לקבל'‪ ,‬און ער גיבט עס אים איבער ווייטער‪.‬‬ ‫ביים אנוואונטשן איז מען סיי א 'מקבל' און סיי א 'משפיע'‬ ‫קומט אויס‪ ,‬פונקט אזויווי א 'צינור' האט צוויי זייטן‪ ,‬פון איין זייט‬ ‫גיסט מען אריין‪ ,‬וואס דארט איז ער א 'מקבל' און פון צווייטן‬ ‫זייט גיסט ער ארויס‪ ,‬וואס דארט איז ער א 'משפיע'‪ ,‬אזוי אויך דארף‬ ‫דער צדיק בשעת ער וואונטשט האבן ביידע בחינות אויפאיינמאל‪,‬‬ ‫אז פון איין זייט איז ער יעצט 'נכנע' פונקט ווי ביים דאווענען‪ ,‬וואס‬ ‫ער איז מתפלל און ער איז 'מקבל' די השפעה פון אויבן‪ ,‬אבער פון‬ ‫צווייטן זייט דארף ער יעצט האבן א בחינה פון 'ויגבה לבו בדרכי‬ ‫השם'‪ ,‬ער דארף יעצט האבן די שטארקייט צו געבן און משפיע זיין‬ ‫השפעות! ווייל אין דעם 'חלק ההשפעה' איז נישט קיין מעלה צו זיין‬ ‫שפל'דיג און גארנישט ביי זיך‪ ,‬נאר פארקערט‪ ,‬ער דארף גלייבן אז‬ ‫דער אייבערשטער האט אים געגעבן דעם כח צו זיין דער צינור וואס‬ ‫איז משפיע די השפעות‪.‬‬ ‫ה‬ ‫היחס‪ ,‬ולא יחול השפע האלהי בהשתנות הסדר‪ .‬ולזה צריך שיהיה במקבל הכנה‬ ‫כדי שיחול בו השפע ההוא‪ .‬וכשלא יהיה המקבל מוכן לקבל השפע האלהי‪,‬‬ ‫יוכן על ידי הנביא או על ידי הצדיק או החסיד‪ ,‬ויהיה המברך אמצעי בהורדת‬ ‫השפע ההוא‪ .‬וזהו ענין סמיכת היד שהיו סומכין ידיהם המברכים על המתברכין‬ ‫לתת הכנה אל המתברך שיקבל השפע או הטוב ההוא‪ ,‬וכאילו החסיד או הצדיק‬ ‫המברך הוא צנור להמשיך השפע האלהי על ידיו"‪ .‬ועי' גם בספר אברבנאל‬ ‫עה"ת פר' תולדות‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫ויברכם וירד מעשות החטאת – נאר נאכן 'מקבל' זיין קען מען 'משפיע' זיין‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען‪ ,‬פארוואס דער פסוק האט אויסגעדרייט‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫דעם סדר‪ ,‬אז נאכן "וַ ִ ּי ּ ָשא ַא ֲהרן ֶאת יָ ָדו ֶאל ָה ָעם וַ יְ ָב ֲר ֵכם" שטייט‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ערשט "וַ ֵ ּי ֶרד ֵמ ֲעשת ַה ַח ָּטאת וְ ָהע ָלה וְ ַה ּ ְש ָל ִמים" – וועלכע איז געווען‬ ‫פריער‪ .‬ווייל 'תפלה' איז דאך 'במקום קרבן'‪ ,‬וואס דעמאלט איז די‬ ‫עבודה צו זיין בהכנעה און 'מקבל' זיין די השפעה‪ .‬און די תורה וויל‬ ‫מיר דא לאזן הערן‪ ,‬אז אפילו בשעת 'ברכת כהנים'‪ ,‬וואס דעמאלט‬ ‫איז דאך אהרן משפיע פארן כלל ישראל – איז ער אבער אויך געבליבן‬ ‫אינעם מצב פון בשעת'ן מקריב זיין די קרבנות! דער 'עשות החטאת‬ ‫והעולה והשלמים' האט אנגעהאלטן אפילו בשעת'ן 'ויברכם'! ווייל‬ ‫מען דארף האבן ביידע בחינות אויפאיינמאל‪.‬‬ ‫זו משלי הוא – דאס האב איך אליינס ממשיך געווען‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען די ווערטער פון רש"י‪" :‬זו משלי הוא" – די‬ ‫ברכה וואס איך האב אייך געגעבן פון 'אלף פעמים ככה'‪ ,‬דאס‬ ‫האב איך ממשיך געווען פאר אייך מיט מיין אייגענעם 'כח ההשפעה'‪,‬‬ ‫וואס איך האב זיך געמאכט א צינור ממשיך צו זיין פאר אייך די‬ ‫ׁ‬ ‫יב ֵר ְך ֶא ְת ֶכם ַּכ ֲא ֶשר ִ ּד ֶ ּבר ָל ֶכם" –‬ ‫דאזיגע ברכה‪ .‬און אויסער דעם‪" :‬וִ ָ‬ ‫דער אייבערשטער וועט אייך שיקן די השפעה וואס ער האט אייך‬ ‫צוגעזאגט – ָאן דעם וואס איך זאל זיין דער צינור! ווייל פאר דער‬ ‫הבטחה וואס דער אייבערשטער האט צוגעזאגט פאר די אבות‪,‬‬ ‫פעלט נישט אויס קיין צינור‪ ,‬ווייל דאס וועט זיכער אנקומען‪.‬‬ ‫ווילאנג ער דארף א 'סעד לתומכו' קען ער נישט משפיע זיין קיין ברכות פאר אידן‬ ‫מיט דעם קען מען זאגן‪ ,‬אז די ביידע חילוקים צווישן נח און אברהם‬ ‫זענען איין נקודה‪ ,‬אז דאס וואס רש"י זאגט דא‪" :‬עד עכשיו היו‬ ‫בידי‪ ,‬ברכתי לאדם ונח‪ ,‬ומעכשיו אתה תברך את אשר תחפוץ" איז‬ ‫געבונדן מיט דאס וואס רש"י זאגט אין פרשת נח‪" :‬נח היה צריך סעד‬ ‫לתומכו‪ ,‬אבל אברהם היה מתחזק ומהלך בצדקו מאליו"‪ .‬ווייל דער‬ ‫ו‬ ‫נח האט נישט געהאט קיין כח פון 'ויגבה לבו'‪ ,‬ער האט נישט געגלייבט‬ ‫אז א צדיק קען גוזר זיין און משפיע זיין‪ ,‬ער האט א גאנצן צייט‬ ‫געדארפט א 'סעד לתומכו' – זיך אנלאנען אויפן אייבערשטן‪ ,‬דאס‬ ‫הייסט‪ ,‬נאר זיין נכנע און א 'מקבל'‪ .‬און דערפאר האט ער נישט‬ ‫געקענט ווערן קיין 'צינור' צו בענטשן און משפיע זיין‪ .‬אבער אברהם‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫האט נישט געדארפט א גאנצן צייט דעם 'סעד לתומכו'‪ ,‬נאר ער האט‬ ‫זיך 'מחזק' געווען צו גיין 'מאליו'‪ ,‬ער האט געגלייבט אין זיין 'כח‬ ‫ההשפעה' וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן! און דערפאר‬ ‫האט אים טאקע דער אייבערשטער געגעבן דעם כח הברכה צו‬ ‫בענטשן וועמען ער וויל – אפילו אויב יענער איז נישט ראוי! און‬ ‫דערפאר זאגט די תורה דעם לשון 'וֶ ְהיֵ ה'‪ ,‬ווייל דאס איז נישט בלויז א‬ ‫כח צו געבן ברכות‪ ,‬נאר דאס איז א מהות פון א 'משפיע'‪ ,‬וואס נאר‬ ‫דורכדעם קען ער משפיע זיין און טיילן ברכות‪.‬‬ ‫בלויז דער וועלכער איז בטל צום אייבערשטן בתכלית – קען באקומען דעם 'כח ההשפעה'‬ ‫פון צווייטן זייט‪ ,‬האבן מיר געשמועסט‪ ,‬אז כדי צו זיין א 'צינור' מוז‬ ‫ער זיין נכנע צום אייבערשטן‪ ,‬ווייל נאר אויב דער צינור איז‬ ‫'מקבל' די השפעה – וואס דאס גייט דורך די 'הכנעה' – קען ער‬ ‫נאכדעם טיילן די השפעה‪ .‬און באמת איז דאס נאכמער‪ ,‬אז דער‬ ‫צדיק מוז זיין אינגאנצן בטל ומבוטל‪ ,‬ווייל טאמער איז ער ביי זיך‬ ‫'עפעס' – איז ער דאך שוין נישט קיין 'צינור' – וועלכער איז בלויז ווי‬ ‫א 'ידא אריכתא' פון אויבן! ער האט דאך שוין אינזין עפעס אייגענס!‬ ‫און דערפאר גיבט מען דעם 'כח הברכה' נאר פאר אזא צדיק וואס ער‬ ‫איז בטל ומבוטל און נכלל אינעם אייבערשטן כביכול – ָאן קיין שום‬ ‫אייגענעם רצון! און זיין גאנצע רצון משפיע צו זיין – איז נאר ווייל ער‬ ‫איז נכלל אינעם 'רצון להטיב' פונעם אייבערשטן!‬ ‫דער 'כח הברכה' איז ווי א 'זיגל' וואס דער מלך אליינס זיגלט דערמיט זיין חתימה‬ ‫דער משל דערצו איז דער זיגל פון שעוה‪ ,‬וואס דער מלך קריצט‬ ‫אריין זיין אונטערשריפט דערין‪ ,‬און דערנאך דארף ער שוין‬ ‫נישט אונטערשרייבן אליינס יעדעס מאל‪ ,‬נאר ער זיגלט מיטן זיגל‪,‬‬ ‫און עס ווערט אויסגעשריבן זיין אונטערשריפט‪ ,‬און דאס איז נאר‬ ‫וויבאלד דער זיגל האט אין זיך אריינגענומען אלץ וואס מען האט אין‬ ‫ז‬ ‫אים איינגעקריצט – ָאן קיין שום שינוי‪ .‬אט אזוי איז אויך דער צדיק‪,‬‬ ‫אז וויבאלד ער איז אזוי בטל ומבוטל צום אייבערשטן‪ ,‬איז דער רצון‬ ‫ה' געווארן אויסגעקריצט אין אים – ָאן קיין שום שינוי‪ ,‬און דעריבער‪,‬‬ ‫אלץ וואס ער טוט און וואונטשט – איז כאילו דער אייבערשטער‬ ‫האט עס געוואונטשן! ער איז ווי דער זיגל וועלכער חתמ'עט אונטער‬ ‫דעם אונטערשריפט פונעם אייבערשטן כביכול‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫בך חותמין ‪ -‬אברהם איז געווארן ווי דער זיגל פונעם מלך ממשיך צו זיין אלע השפעות‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם צושטעל וואס דער עבודת ישראל‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ימנִ י ַכחו ָתם ַעל ִל ֶ ּב ָך" – זה‬ ‫"ש ֵ‬‫שטעלט אהער דעם מדרש‪ִ :‬‬ ‫אברהם שהיה דבוק בהקדוש ברוך הוא כחותם" – ווייל דייקא צוליב‬ ‫דעם וואס אברהם אבינו איז געווען אזוי דבוק און בטל צום‬ ‫אייבערשטן‪ ,‬ווי די 'שעוה' וועלכע לאזט זיך דרוקן און קוועטשן אלץ‬ ‫וואס מען קריצט אריין אין איר – דערפאר האט ער באקומען א‬ ‫הבטחה פון 'בך חותמין' – וואס לויטן עבודת ישראל טייטשט מען‬ ‫דאס פון לשון 'אונטערשריפט'‪ ,‬אז מיט דיר וועט מען זיגלען אלע‬ ‫פאפירן! דו וועסט זיין דער 'משפיע' וועלכער ברענגט אראפ די‬ ‫השפעות צו אידישע קינדער! און דאס איז ממש די זעלבע זאך ווי‬ ‫דער 'מעכשיו אתה תברך את אשר תחפוץ' – ווייל דורכדעם וואס ער‬ ‫איז געווארן ווי דער זיגל פונעם מלך‪ ,‬איז דער אייבערשטער מסכים‬ ‫צו אלעס וואס ער וואונטשט!‬ ‫א איד דארף זיין בשמחה אין יעדן מצב‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ׂ ׂ‬ ‫ֹׂ ׂ‬ ‫עס שטייט אין פסוק (ישעיה סא‪ ,‬י)‪" :‬שוש ָא ִשיש ַ ּבה' ּ ָת ֵגל נַ ְפ ִשי ֵ ּבאל ַקי"‪.‬‬ ‫שטעלן זיך די ספרים‪ ,‬וואס איז דער כפל הלשון? און פארוואס‬ ‫טוישט דער פסוק פון שם הוי"ה צום שם 'אלקים'? זאגן די ספרים א‬ ‫בחינה‪ ,‬אז דער שם הוי"ה ווייזט אויף 'מדת הרחמים' – ווען דער‬ ‫אייבערשטער טוט חסדים נגלים און דער מענטש איז בשמחה‪.‬‬ ‫ווידער‪ ,‬דער שם 'אלקים' ווייזט אויף 'מדת הדין' – ווען עס איז חלילה‬ ‫נישט אזא מצב פון חסדים 'נגלים' נאר פארקערט‪ ,‬און דעמאלט‬ ‫דארף מען מקיים זיין דעם 'חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך‬ ‫על הטובה'‪ ,‬און ווי רש"י זאגט‪" :‬לקבלינהו בשמחה"‪.‬‬ ‫אבער דעם כח צו מאכן אנדערע בשמחה – איז נאר ווען עס גייט גוט בטוב הנגלה‬ ‫אבער כאטש וואס דער מענטש איז בשמחה אויף ביידע אופנים‪ ,‬איז‬ ‫אבער דאך דא א חילוק צווישן זיי‪ ,‬אז ווען א מענטש באקומט‬ ‫ח‬ ‫השפעות פון בלויז 'רחמים וחסדים' – איז ער אזוי שטארק בשמחה‬ ‫אז ער קען אויך דערפרייען אנדערע אידן‪ .‬ווידער‪ ,‬אויב די שמחה איז‬ ‫נישט בשלימות‪ ,‬נאר עס איז חלילה א בחינה פון שם 'אלקים'‪ ,‬און‬ ‫אודאי איז ער אן ערליכער איד וואס ער איז זיך מחזק אז אלעס איז‬ ‫לטובה‪ ,‬ביז ער קומט ממש ָאן צו זיין 'בשמחה' – האט ער אבער בלויז‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫א כח פאר 'זיך אליין' צו זיין בשמחה‪ ,‬אבער ער קען נישט משמח זיין‬ ‫א צווייטן איד מיט דער שמחה‪.‬‬ ‫ווען עס איז 'מדת הדין' בחינת 'אלקי' – איז בלויז 'תגל נפשי' אבער מען קען נישט יענעם‬ ‫משמח זיין‬ ‫ׂ ׂ‬ ‫ֹׂ ׂ‬ ‫מיט דעם טייטשן די ספרים‪" :‬שוש ָא ִשיש ַ ּבה'" – ווען עס איז א‬ ‫הנהגה פון שם הוי"ה‪ ,‬פון 'רחמים וחסדים'‪ ,‬דעמאלט איז נישט‬ ‫בלויז 'שוש'‪ ,‬אז איך בין פרייליך‪ ,‬נאר 'אשיש'‪ ,‬איך קען אויך‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫"ת ֵגל נַ ְפ ִשי ֵ ּבאל ַקי" –‬ ‫אריינברענגן שמחה אין אנדערע אידן‪ ,‬אבער ּ ָ‬ ‫טאמער עס איז אריינגעמישט דערין אויך א הנהגה פון 'אלקי'‪ ,‬פון‬ ‫מדת הדין‪ ,‬עס איז נישט קיין השפעה פון בלויז חסד‪ ,‬דעמאלט איז‬ ‫נאר 'תגל נפשי'‪ ,‬איך אליין בין בשמחה‪ ,‬אבער איך קען נישט משמח‬ ‫זיין אנדערע אידן מיט דער שמחה‪.‬‬ ‫ביי א חתן איז פארהאן א כח פון 'שוש אשיש' – ושמח את אשתו‬ ‫ׁ ֹ ׁ‬ ‫ׂ‬ ‫אויפן פסוק (דברים כד‪ ,‬ה)‪" :‬וְ ִש ַּמח ֶאת ִא ְש ּתו ֲא ֶשר ָל ָקח"‪ ,‬זאגט רש"י‪:‬‬ ‫"ושמח ‪ -‬ישמח את אשתו ותרגומו ויחדי ית אתתיה‪ .‬והמתרגם‬ ‫ושמח אלא של‬ ‫ויחדי עם אתתיה טועה הוא שאין זה תרגום של ִ‬ ‫ושמח"‪ .‬דער מאן זאל איר דערפרייען‪ .‬זעט מען פון דעם‪ ,‬אז פון‬ ‫ָ‬ ‫הימל גיבט מען פאר א חתן א כח פון 'שוש אשיש בה'! זיין שמחה איז‬ ‫אזוי בשלימות ָאן קיין שום תערובת דין‪ ,‬ביז ער קען גאר דערפרייען‬ ‫אנדערע דערמיט‪.‬‬ ‫לעתיד וועט זיך דער אייבערשטער פרייען מיט אונז אויף אן אופן פון 'שוש אשיש'‬ ‫ׂ ׂ‬ ‫ֹׂ ׂ‬ ‫עס שטייט אין פסוק (ישעיה סב‪ ,‬ה)‪ּ " :‬ו ְמשוש ָח ָתן ַעל ַּכ ָ ּלה יָ ִשיש ָע ַליִ ְך‬ ‫ֹ‬ ‫ֱאל ָקיִ ְך" – לעתיד וועט זיך דער אייבערשטער פרייען מיטן כלל‬ ‫ישראל‪ ,‬אזויווי א חתן פריידט זיך מיט די כלה‪ .‬האבן מיר אמאל‬ ‫ֹׂ ׂ‬ ‫געטייטשטג אז די כוונה איז‪ּ " :‬ו ְמשוש ָח ָתן ַעל ַּכ ָ ּלה" – פונקט ווי די‬ ‫שמחה וואס א חתן פריידט זיך מיט די כלה איז אזא שלימות'דיגע‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ ׂ‬ ‫ט‬ ‫שמחה וועלכע האט א כח משמח צו זיין אנדערע‪" ,‬יָ ִשיש ָע ַליִ ְך ֱאל ָקיִ ְך"‬ ‫– אט אזא שמחה וועט זיך דער אייבערשטער פרייען לעתיד מיטן‬ ‫כלל ישראל! עס וועט נישט זיין א שמחה פון 'תגל נפשי'‪ ,‬וואס ער‬ ‫וועט זיך פרייען מיט אונז בלית ברירה‪ ,‬א בחינה פון 'מברך על הרעה'‬ ‫ג עי' ספר אמרי מנחם שנה ג עמ' תרכב‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫חס ושלום‪ ,‬נאר עס וועט זיין א שלימות'דיגע שמחה פון 'מברך על‬ ‫הטובה'‪ ,‬א בחינה פון 'שוש אשיש'‪ ,‬וואס דער אייבערשטער – וואס‬ ‫זיין שמחה איז דאך 'אין סוף' – וועט זיך פרייען מיטן כלל ישראל‪ ,‬און‬ ‫ממילא וועלן מיר אויך ווערן בשמחה‪ ,‬ווייל זיין שמחה כביכול וועט‬ ‫זיך איבערגיסן צו אונז‪.‬‬ ‫נאר אברהם קען משפיע זיין ברכות און משמח זיין אנדערע – ווייל ער איז א בחינה פון שוש‬ ‫אשיש בה'‬ ‫עס איז באקאנט אז יצחק איז 'מדת הגבורה'‪ ,‬וואס דאס איז די בחינה‬ ‫פון 'שם אלקים'‪ .‬און אויך יעקב איז 'תפארת' – וואס דאס האט‬ ‫אויך אין זיך א חלק פון 'מדת הדין'‪ .‬און נאר אברהם איז בלויז חסדים‪,‬‬ ‫וואס דאס איז די בחינה פון 'שם הוי"ה'‪ .‬און דערפאר‪ ,‬דער כח וואס‬ ‫אברהם האט דא באקומען צו זיין א 'משפיע' וועלכער טיילט ברכות‬ ‫און איז ממשיך ישועות – דאס קומט פון דעם וואס זיין מדה איז 'כולו‬ ‫חסד'‪ ,‬א בחינה פון שם הוי"ה‪ ,‬וואס דערפאר האט ער דעם כח פון‬ ‫ׂ ׂ‬ ‫ֹׂ ׂ‬ ‫"שוש ָא ִשיש ַ ּבה'" – ער קען דערפרייען אנדערע אידן מיט ישועות‬ ‫און השפעות טובות! ווידער אבער יצחק און יעקב האבן נישט דעם‬ ‫כח – על כל פנים אויף אזא גרויסן אופן ווי אברהם – ווייל זיי זענען‬ ‫ֹ‬ ‫"באל ַקי" – זיי האבן אין זיך א בחינה פון 'מדת הדין'‪,‬‬ ‫א בחינה פון ֵ ּ‬ ‫ׁ‬ ‫ממילא זענען זיי נאר אין א בחינה פון ּ ָ‬ ‫"ת ֵגל נַ ְפ ִשי" – מקבל זיין‬ ‫השפעות פאר זיך און פאר אנדערע אידן דורכן דאווענען‪ ,‬אבער זיי‬ ‫האבן נישט דעם כח פון הוי"ה צו זיין א 'משפיע'‪ ,‬משמח צו זיין‬ ‫אנדערע אידן מיט זייערע ברכות‪.‬‬ ‫בך חותמין – מען זאגט נאר 'מגן אברהם' ווייל נאר אויף דיר קען מען דערמאנען דעם שם הוי"ה‬ ‫מיט דעם קען מען פארשטיין דעם ענין פון 'בך חותמין ולא בהם'‪,‬‬ ‫פארוואס מען ענדיגט נישט די ברכה מיט יצחק און יעקב‪ ,‬נאר‬ ‫בלויז מיט אברהם‪ .‬ווייל אנהייב ברכה זאגט מען 'אלקי אברהם‪,‬‬ ‫אלקי יצחק ואלקי יעקב' – מען דערמאנט דעם 'שם אלקים'‪ ,‬ממילא‪,‬‬ ‫י‬ ‫קען מען דאס זאגן אויך אויף יצחק און יעקב‪ .‬אבער ביי דער 'חתימת‬ ‫הברכה' זאגט מען דאך 'ברוך אתה ה'‪ ,‬מען דערמאנט בלויז דעם 'שם‬ ‫הוי"ה' – וואס דאס איז דאך 'מדת הרחמים'‪ ,‬און דערפאר ענדיגט מען‬ ‫בלויז מיט אברהם וואס ער איז 'כולו חסד'‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫פאר דער זעלבער סיבה פארוואס מען זאגט נאר 'מגן אברהם' – קען קיינער אויסער דיר נישט‬ ‫בענטשן‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען וויאזוי די צוויי פשטים גייען אינאיינעם‪,‬‬ ‫ווייל דער ענין פון 'בך חותמין ולא בהם' – איז א 'נתינת טעם'‬ ‫אויפן ערשטן פשט פון 'מעכשיו אתה תברך את אשר תחפוץ"‪ .‬ווייסטו‬ ‫פארוואס בלויז דו וועסט האבן דעם כח צו טיילן ברכות און ממשיך‬ ‫זיין ישועות פאר אידן? דאס איז צוליב די זעלבע סיבה וואס ביים‬ ‫סיום הברכה וואו מען דערמאנט נאר דעם שם הוי"ה – קען מען‬ ‫דערמאנען בלויז דיר! ווייל נאר דו ביסט 'כולו חסד' – ָאן קיין תערובת‬ ‫פון 'מדת הדין'! ממילא אויב אזוי‪ ,‬איז הוא הדין אז נאר דו וועסט‬ ‫קענען משמח זיין אנדערע אידן דורכן אנוואונטשן ברכות‪ .‬און דאס‬ ‫גייט אויך אינאיינעם מיטן טייטש פונעם עבודת ישראל‪ ,‬אז 'בך‬ ‫חותמין' – מיט דיר וועט מען זיגלען אלע השפעות טובות! נאר דו‬ ‫וועסט קענען אונטערשרייבן דעם אייבערשטנ'ס הסכמה אויף יעדע‬ ‫השפעה‪ ,‬ווייל נאר דו ביסט בטל ומבוטל צום אייבערשטנ'ס 'רצון‬ ‫להטיב'‪ ,‬און דערפאר ביזטו ווי דער שעוה וועלכער נעמט אריין אין‬ ‫זיך דעם אונטערשריפט פונעם מלך‪.‬‬ ‫דער אייבערשטער האט אים געוואונטשן 'שבע ברכות' – א שלימות'דיגע שמחה ווי ביי א חתן‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם ענין וואס דער בעל הטורים זאגט‬ ‫דא‪ ,‬אז דער אייבערשטער האט געגעבן 'שבע ברכות' פאר‬ ‫אברהם אבינו‪ .‬ווייל דא האט זיך ארויסגעברענגט דער כח וואס‬ ‫אברהם אבינו האט משמח צו זיין אנדערע – פונקט ווי א חתן האט א‬ ‫כח משמח צו זיין די כלה‪ ,‬א בחינה פון 'כמשוש חתן על כלה'‪ ,‬וואס‬ ‫דעמאלט זאגט מען 'שבע ברכות'‪ ,‬און דארט זאגט מען טאקע א‬ ‫טאפלט לשון 'שמח תשמח רעים האהובים'‪ ,‬וואס דאס איז די בחינה‬ ‫פון 'שוש אשיש'‪ .‬און דערפאר האט אים דער אייבערשטער געגעבן‬ ‫דא 'שבע ברכות'‪.‬‬ ‫אי‬ ‫טאמער איז מען עומד אינעם 'נסיון העושר' – וועט מען עס טאקע נוצן צו משמח זיין אנדערע‬ ‫אידן‬ ‫דאס איז א זאך וואס יעדער איד וואס דער אייבערשטער האט אים‬ ‫געגעבן דעם 'ואברכך בממון' דארף זיך מתבונן זיין דערין‪ ,‬אז‬ ‫ער זאל נוצן די השפעות טובות צו זיין א 'משפיע' און מאכן פרייליך‬ ‫אנדערע אידן‪ .‬און אודאי איז דאס שייך נאר טאמער ער אליינס איז‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫עומד אינעם 'נסיון העושר'‪ ,‬דאס עשירות טוט אים נישט עפעס‬ ‫חלילה פארפירן‪ ,‬ווייל אויב ווערט חלילה א מצב פון 'וישמן ישורון‬ ‫ויבעט'‪ ,‬אויב איז דאס אידישקייט שוואכער געווארן דורכן עשירות‬ ‫– איז דאך דאס נישט קיין "שוש בה'"‪ ,‬די שמחה איז דאך נישט קיין‬ ‫שמחה מיטן אייבערשטן‪ ,‬נו‪ ,‬אודאי קען נישט ארויסקומען דערפון‬ ‫קיין "אשיש בה'"! אבער טאמער א איד לאזט זיך נישט פון די אלע‬ ‫נסיונות וואס קומען צו גיין מיטן עשירות‪ ,‬נאר ער האלט זיך ביי אלע‬ ‫בחינות פון אידישקייט און בלייבט א חסיד'ישער איד מיטן גאנצן‬ ‫יראת שמים – דעמאלט וועט ער אודאי אויסנוצן זיין שמחה פארן‬ ‫אייבערשטנ'ס וועגן‪ ,‬משמח צו זיין דעם צווייטן איד‪.‬‬ ‫‪Ƿ‬‬ ‫דברי כיבושין *‬ ‫על כל פנים‪ :‬זעען מיר דאך דא‪ ,‬וואס איז דער פשט [פון] א אידישע‬ ‫שמחה‪' ,‬ישיש עליך אלקיך כמשוש חתן על כלה'‪ ,‬א אידישע‬ ‫שמחה איז א געוואלדיגע זאך! דאס איז א שמחה וואס דאס איז א‬ ‫בחינה וואס מען דארף אויפשטעלן דורות און דורות און ווייטער‬ ‫גיין! און דאס אלעס גייט נאר מיט דעם כח וואס מען איז מקבל פון‬ ‫די אבות [ביז אברהם אבינו – מקור הברכות]‪ .‬אזוי ארום קען מען‬ ‫גיין ווייטער מיט די שמחה‪ ,‬די דורות ווייטער איבערצוגעבן‪.‬‬ ‫האבן מיר דאך דא היינט אזא חשוב'ע שמחה פון אונזער חשוב'ן‬ ‫דייןד‪' .‬תורה' – א שטוב פון תורה‪' .‬חסידות' ‪ -‬ווייסט מען דאך ווי ער‬ ‫איז דבוק אין צדיקים‪' .‬צדקה וחסד' – מיט א גרויסן מאס‪ .‬און נאך‬ ‫אזוי ווייטער‪[ ,‬מען זאגט בלויז] 'מקצת שבחו [בפניו]'‪.‬‬ ‫איז נישט קיין ספק‪ ,‬אז אונזער חשוב'ער חתן האט זיך פון וועמען צו‬ ‫לערנען‪ .‬ווער שמועסט נאך אז מען וועט צוריקגיין צו דעם זיידן‬ ‫רבי מרדכי דוב זכרונו לברכה‪[ ,‬וואס ער איז געווען] א איד א תלמיד‬ ‫בי‬ ‫חכם מופלג‪ ,‬וואס איז געווען אדוק אין דער תורה‪ .‬ער האט אביסל‬ ‫אויסגענארט דעם עולם‪ ...‬אבער סוף כל סוף 'הקדוש ברוך הוא‬ ‫ַ‬ ‫ד ה"ה הרב הגאון הגדול המפורסם מוה"ר רבי בנימין הלוי גרובער שליט"א לאיוש"ט‪.‬‬ ‫* צו הערן די דברי כיבושין‪ ,‬רופט ‪ 718-400-7790‬און דרוקט ‪1‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫מפרסמו'‪ .‬אז מען גייט צוריק אין [נאך פריערדיגע] דורות – [שטאמט‬ ‫מען] גאר פון 'נודע ביהודה'‪ .‬עס איז א משפחה מיוחסת‪.‬‬ ‫דער חתן דארף דאס אלעס וויסן‪" ,‬מאין באת" ‪ -‬זאלסט וויסן [דיין‬ ‫יחוס]‪" ,‬ולאן אתה הולך" ‪ -‬דו גייסט יעצט אויף א וועג‪ ,‬אזוי ווי‬ ‫"ד ֶר ְך ֶ ּג ֶבר ְ ּב ַע ְל ָמה"‪ .‬דאס ווערט אויך אנגערופן‬ ‫עס שטייט (משלי ל‪ ,‬יט)‪ֶ :‬‬ ‫אן ענין פון 'דרך'‪.‬‬ ‫ער דארף וויסן וואספארא אחריות א חתן האט‪ ,‬אז מען דארף‬ ‫אויפשטעלן דורות‪ .‬אלעס ווענדט זיך [אין אים]‪ .‬אין יעדע מינוט‬ ‫פון א איד קען מען גיין גאר 'מעלה מעלה'‪[ ,‬אדער] חלילה טאמער‬ ‫פארגעסט מען זיך‪ ,‬אדער מען פארלירט זיך חלילה – האט מען נישט‬ ‫קיין השגה ווי ווייט דאס קען חלילה גיין‪.‬‬ ‫מען זעט‪ ,‬עס איז דא 'מחשבה'‪' ,‬דיבור' און 'מעשה'‪ .‬וואס גרעסער די‬ ‫זאך איז – האט עס מער שורש‪[ ,‬ממילא] קען מען [מער]‬ ‫אויפטון‪ ,‬און [אויך חלילה] פארקערט‪ .‬ביי 'מעשה' – איז עס‬ ‫קאנצענטרירט אויף א קלענערן כמות‪' ,‬דיבור' ‪ -‬איז שוין כולל נאך‬ ‫מער‪' .‬מחשבה' ‪ -‬איז דאך גאר הויךה‪[ ,‬דערפאר] אין 'מחשבה' ווענדט‬ ‫זיך אלעס! אלעס גייט 'בתר מחשבה' (זוהר הק' ח"א קנד‪.):‬‬ ‫על כל פנים‪ :‬דארף מען וויסן‪ ,‬א חתן איז דאך 'מוחלין לו על כל‬ ‫עוונותיו' (ירושלמי ביכורים ג‪ ,‬ג)‪ ,‬ממילא איז א שעת הכושר‪ ,‬איז אן‬ ‫ה עי' בספר זרע קודש (פר' תרומה ד"ה ויקחו) וזל"ק‪" :‬כי באמת שמחשבה של אדם‬ ‫בא מעולמות עליונים מאוד‪ ,‬כי השכל והמחשבה אנו רואין שזהו עיקר האדם‪,‬‬ ‫והכל הולך אחר המחשבה‪ ,‬כי נשתלשל מעולם עליון יותר מבחינות מדריגות‬ ‫דיבור ומעשה"‪ .‬ועי' גם בספה"ק שיחות הר"ן (סי' מז) וזל"ק‪" :‬כל בחינה שהיא‬ ‫גבוה למעלה יותר אצל האדם‪ ,‬היא יכולה להגיע ולהשיג יותר‪ .‬כמו למשל‪ ,‬עם‬ ‫הרגל יכולין להשליך איזה דבר למעלה‪ ,‬אבל עם היד יכולין להשליך למעלה‬ ‫גי‬ ‫יותר‪ .‬ובהדבור יכולין להשיג ולהגיע יותר ויותר‪ ,‬כי בהדבור יכולין לדבר למרחוק‪.‬‬ ‫והשמיעה היא גבוה יותר ויכולין לשמוע קול מרחוק מאד‪ ,‬כגון כשיורין בקני‬ ‫שרפה (שקורין הורמאטעס) יכולין לשמוע למרחוק מאד‪ .‬והראיה יכולה להשיג‬ ‫ולהגיע עוד יותר ויותר‪ ,‬כי בהראיה יכולין לראות ולהביט על השמים‪ .‬נמצא שכל‬ ‫בחינה שהיא גבוה יותר למעלה‪ ,‬היא יכולה להשיג ולהגיע יותר‪ ,‬והמחשבה היא‬ ‫גבוה מאד למעלה מן הכל‪ ,‬ויכולה להשיג ולהגיע למעלה למעלה על כן צריכין‬ ‫לשמרה מאד"‪.‬‬ ‫‏‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫'עת רצון' זיך צו נעמען טאקע זיך דערמאנען‪ ,‬צו בעטן 'זכות אבות‬ ‫יגן עלינו'‪ ,‬אז עס זאל אונז באגלייטן דער 'זכות אבות'‪ ,‬אז דער‬ ‫אייבערשטער העלפן‪ ,‬אז דער טאטע מאמע און די גאנצע משפחה‬ ‫זאל זוכה זיין זיך מיטצופרייען און זען נחת פון דעם חשוב'ן‬ ‫פארפאלק‪ .‬דער חתן אונזערער איז א געוואלדיגער בעל כשרון –‬ ‫ווער עס ווייסט – [ער האט] כוחות גרויסע אין 'הבנה' און אין‬ ‫אלעמען‪ ,‬עס איז נישט קיין ספק אז ער קען וואקסן בתורה וביראת‬ ‫שמים‪ ,‬לשם ולתפארת פאר די משפחה‪.‬‬ ‫זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן‪ ,‬אז דער זיווג זאל עולה יפה‬ ‫זיין‪ ,‬זאלן זען אידיש נחת‪ ,‬מיט געזונט‪ ,‬און דורות ישרים‪ ,‬און די‬ ‫שמחה זאל ברענגען דעם שמחת עולם במהרה בימינו‪ ,‬אמן‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫די‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫וְ ֵע ֶמק ַה ּ ִׂשדִּ ים ֶּב ֱארֹת ֶּב ֱארֹת ֵח ָמר וַ ָ ּינֻ ס ּו ֶמלֶ ְך סְ דֹם וַ ֲעמ ָֹרה‬ ‫וַ ִ ּי ּ ְפל ּו ׁ ָש ָּמה וְ ַה ִּנ ׁ ְש ָא ִרים ֵה ָרה ָּנסוּ‪.‬‬ ‫א) רש"י זאגט‪" :‬בארת בארת חמר ‪ -‬ומדרש אגדה שהיה הטיט מוגבל‬ ‫בהם ונעשה נס למלך סדום שיצא משם‪ ,‬לפי שהיו באומות‬ ‫מקצתן שלא היו מאמינין שניצל אברהם מאור כשדים מכבשן האש‪,‬‬ ‫וכיון שיצא זה מן החמר האמינו באברהם למפרע" – עס זענען געווען‬ ‫גוים וואס האבן נישט געגלייבט אז אברהם אבינו איז ארויסגעגאנגען‬ ‫לעבעדיג פונעם קאלעך אויוון‪ ,‬אבער יעצט ווען זיי האבן געזען אז‬ ‫דער מלך סדום איז ארויסגעגאנגען פון א גרוב פול מיט ליים – האבן‬ ‫זיי שוין אויך געגלייבט אינעם נס פון כבשן האש‪ .‬פרעגט דער רמב"ן‬ ‫א שטארקע קושיא‪" :‬ואני תמה במדרש ההגדה הזה‪ ,‬כי האומות שלא‬ ‫היו מאמינים שעשה הקב"ה נס לאברהם‪ ,‬בראותם נסו של מלך סדום‬ ‫לא יוסיפו אמונה בהקב"ה‪ ,‬כי מלך סדום עובד עבודה זרה היה‪ ,‬והנה‬ ‫נסו או יחזק ידי עובדי עבודה זרה‪ ,‬או שיאמינו בכל הנסים שיהיו‬ ‫בכשפים או מקרה באפשרות רחוקה‪ ,‬ונסו יתן ספק בלב המאמינים‬ ‫בנסו של אברהם" – דער מלך סדום איז דאך געווען אן עובד עבודה‬ ‫זרה‪ ,‬נו אויב אזוי‪ ,‬איז דאך פארקערט‪ ,‬אנשטאט די גוים זאלן‬ ‫באקומען אמונה אינעם אייבערשטן אז ער האט געמאכט א נס פאר‬ ‫אברהם אבינו – וועלן זיי גאר באקומען מער חיזוק אויף עבודה זרה‪,‬‬ ‫און זיי וועלן נאכמער מטיל ספק זיין אינעם נס פון כבשן האש?‬ ‫ב) אויך קען מען פרעגן אויף רש"י‪ ,‬פארוואס האט אויסגעפעלט צו‬ ‫מאכן אזא נס מיטן מלך סדום – אים צו ראטעווען פון א‬ ‫גרוב פול מיט ליים‪ ,‬עס איז דאך שוין געווען דא אזא גרויסער 'נס‬ ‫שלא כדרך הטבע'‪ ,‬אז דער אברהם אבינו מיט זיינע ּפ ָאר מענטשן‬ ‫האבן באזיגט אזעלכע גרויסע און שטארקע מלכים‪ .‬און דאס איז‬ ‫דאך א גרעסערער נס; ווי דער אור החיים הק' זאגט אין פרשת וישב‬ ‫וט‬ ‫(בראשית לז‪ ,‬כאו)‪ ,‬אז עס איז שווערער ניצול צו ווערן פון בעלי בחירה‬ ‫ו וזל"ק‪" :‬ויצילהו מידם ‪ -‬פירוש לפי שהאדם בעל בחירה ורצון ויכול להרוג מי שלא‬ ‫נתחייב מיתה‪ ,‬מה שאין כן חיות רעות לא יפגעו באדם אם לא יתחייב מיתה‬ ‫לשמים‪ .‬והוא אומרו ויצילהו מידם פירוש מיד הבחירי‪ ,‬ובזה סתר אומרו ונראה‬ ‫מה יהיו חלומותיו וגו'‪ ,‬כי הבחירה תבטל הדבר‪ ,‬ואין ראיה אם יהרגוהו כי שקר‬ ‫דיבר"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫– ווי פון בעלי חיים וכדומה וואס האבן נישט קיין בחירה‪ .‬נו אויב‬ ‫זעסטו אז דער אייבערשטער האט געמאכט א נס און געראטעוועט‬ ‫אברהם'ן פון די מלכים וועלכע זענען בעלי בחירה‪ ,‬איז דאך אודאי‬ ‫אז ער האט געקענט מאכן א נס און אים ראטעווען פון כבשן האש?‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ג) "וַ ֵ ּי ֵצא ֶמ ֶל ְך ְסדם ִל ְק ָראתו וגו' ֶאל ֵע ֶמק ָשוֵ ה ה ּוא ֵע ֶמק ַה ֶּמ ֶל ְך"‪.‬‬ ‫לכאורה‪ ,‬וואס איז א נפקא מינה וואוהין זיי זענען‬ ‫ארויסגעגאנגען מקבל פנים צו זיין אברהם אבינו? אויך‪ ,‬וואס פעלט‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫"א ֲח ֵרי ש ּובו ֵמ ַה ּכות ֶאת ְּכ ָד ְר ָלע ֶמר וְ ֶאת ַה ְּמ ָל ִכים ֲא ֶשר‬ ‫אויס צו זאגן ַ‬ ‫ֹ‬ ‫ִא ּתו"‪ ,‬מען ווייסט דאך דאס אליינס פונעם המשך הפסוקים?‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ד) " ּו ַמ ְל ִּכי ֶצ ֶדק ֶמ ֶל ְך ָש ֵלם הו ִציא ֶל ֶחם וָ יָ יִ ן"‪ .‬לכאורה זענען די דריי‬ ‫פסוקים שלא על הסדר‪ ,‬ער וואלט געדארפט קודם‬ ‫צוענדיגן דעם גאנצן ענין פון מלך סדום‪ ,‬ביז נאך 'ענר אשכול וממרא‬ ‫הם יקחו חלקם'‪ ,‬און נאכדעם דערציילן דעם ענין פון 'ומלכי צדק‬ ‫מלך שלם הוציא לחם ויין' – דער גאנצער שמועס וואס ער האט‬ ‫געהאט מיט 'מלכי צדק'‪ ,‬און פארוואס דא אינמיטן דעם שמועס וואס‬ ‫אברהם האט געהאט מיטן מלך סדום – האקט ער איבער מיט דער‬ ‫ענין פון 'מלכי צדק מלך שלם'?‬ ‫ֹ ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫אמר ָ ּבר ּו ְך ַא ְב ָרם ְל ֵא‪-‬ל ֶע ְליון קנֵ ה ָש ַמיִ ם וָ ָא ֶרץ"‪ .‬מען‬ ‫ה) "וַ יְ ָב ֲר ֵכה ּו וַ ּי ַ‬ ‫זעט דא א ספעציעלן לשון 'קונה שמים וארץ' – וואס‬ ‫מען טרעפט דאס נישט געווענליך‪ .‬און אויך ווען אברהם ענטפערט‬ ‫ֹ‬ ‫צוריק פארן מלך סדום שטייט ווייטער דער לשון‪" :‬וַ ּי ֶ‬ ‫אמר ַא ְב ָרם ֶאל‬ ‫ֹ ֹ ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֶמ ֶל ְך ְסדם ֲה ִרמ ִתי יָ ִדי ֶאל ה' ֵא‪-‬ל ֶע ְליון קנֵ ה ָש ַמיִ ם וָ ָא ֶרץ"‪ .‬דארף מען‬ ‫פארשטיין דעם ענין?‬ ‫ֹ‬ ‫"א ַחר ַה ְ ּד ָב ִרים ָה ֵא ֶ ּלה ָהיָ ה ְד ַבר ה' ֶאל ַא ְב ָרם ַ ּב ַּמ ֲחזֶ ה ֵלאמר ַאל ּ ִת ָירא‬ ‫ו) ַ‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ַא ְב ָרם ָאנ ִכי ָמ ֵגן ָל ְך ְש ָכ ְר ָך ַה ְר ֵ ּבה ְמאד" – דער אייבערשטער‬ ‫האט געזאגט צו אברם‪ ,‬דו דארפסט גארנישט מורא האבן‪ ,‬איך וועל‬ ‫זט‬ ‫דיר באשיצן‪ .‬זאגט רש"י‪" :‬אנכי מגן לך ‪ -‬מן העונש שלא תענש על כל‬ ‫אותן נפשות שהרגת" – איך וועל דיר באשיצן אז דו זאלסט נישט‬ ‫נענש ווערן אויף דעם וואס דו האסט גע'הרג'עט די אלע מענטשן‪.‬‬ ‫לכאורה איז זייער שווער צו לערנען אזוי פשט‪ ,‬ווייל געווענליך 'מגן'‬ ‫מיינט באשיצן פון א צווייטן וועלכער וויל אים שלעכטס טון‪ ,‬אבער‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫אן 'עונש' קומט דאך פונעם אייבערשטן אליינס‪ ,‬נו‪ ,‬דארף ער בלויז‬ ‫זאגן אז 'איך וועל דיר נישט מעניש זיין'‪ ,‬נישט אז 'איך וועל דיר‬ ‫באשיצן'?‬ ‫ז) דער רבי זכרונו לברכה (דברי יואל פר' לך עמ' רו) ברענגט פון ישועות‬ ‫יעקב הל' חנוכה‪ ,‬וואס ער ברענגט א מדרש‪" :‬אל תירא אברם‬ ‫אנכי מגן לך ‪ -‬הכל יודעין שאנכי מגן לך"‪ .‬דארף מען פארשטיין די‬ ‫כוונה?‬ ‫אברהם האט געפירט א מלחמה מפרסם צו זיין די אמונה אינעם בורא כל עולמים‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬דער אוהב ישראל (פרשתן ד"ה ויצא מלךז)‬ ‫איז מסביר באריכות‪ ,‬אז די גאנצע מלחמה וואס אברהם אבינו האט‬ ‫דא געפירט קעגן די 'ארבעה מלכים' איז אלעס געווען א מלחמה‬ ‫אויף אמונה‪ ,‬ווייל די פיר מלכים זענען געווען גרויסע כופרים און‬ ‫אפיקורסים רחמנא ליצלן‪ ,‬און דער אברהם אבינו האט געפירט א‬ ‫מלחמה קעגן זיי‪ ,‬מפרסם צו זיין די אמונה אז עס איז דא א באשעפער‬ ‫אויף דער וועלט וואס ער האט אלעס באשאפן און ער איז ווייטער‬ ‫משגיח בתחתונים‪ ,‬און עס איז נישטא גארנישט אויסער אים‪.‬‬ ‫ז וזל"ק‪" :‬איתא (קדושין מט‪ ):‬יו"ד קבין גאות ירדו לעולם‪ .‬תשעה נטלו עילם כו'‪.‬‬ ‫והנה כדרלעמר היה מלכו של עילם‪ ,‬ונתגאה בגאותו ואמר שהעולם הוא קדמון‬ ‫בעצמו‪ ,‬ואמר בלבו אין אלהים לית דין ולית דיין‪ ,‬כדברי שאר כל האפיקורסים‪,‬‬ ‫ולכן שמו כדרלעמר‪ .‬היינו כדור לעומר‪ .‬ר"ל שעשה כדור לעומר הוא עשירית‬ ‫האיפה שהוא המלוכה הק' של מלך מ"ה הקדוש ב"ה‪ .‬והוא עשה כדור ר"ל‬ ‫שהכחיש כביכול במלכו של עולם ואמר שהעולם הוא קדמון‪ .‬גם התרגום יונתן‬ ‫בן עוזיאל דרשו לשני תיבות כדו"ר לעומר אך לפי דרכו‪.‬‬ ‫וזהו היה מלחמת אברהם אבינו ע"ה אתו‪ ,‬כדי לפרסם אלוהותו ית"ש‬ ‫זי‬ ‫ולהתוודע ולהגלות כי הוא מלך על כל הארץ‪ .‬והוא האצילם ובראם ויצרם‬ ‫ועשאם ואין זולתו‪ .‬והנה כשהכה אאע"ה את כדרלעמר והמלכים אשר אתו‬ ‫שהיו גבורים גדולים וחזקים והוא היה במתי מעט ואעפ"כ נצחם‪ ,‬אז נתוודע‬ ‫ונתגלה לכל כי יש משגיח ושולט ומולך על כל העולם כולו ומנהיג אותם‬ ‫כרצונו‪ .‬ולכן כתיב ויצא מלך סדום לקראתו אחרי שובו כו' אל עמק שוה‪ .‬שו"ה‬ ‫הוא נוטריקון שאמר והיה העולם‪ ,‬ר"ל שנתאספו כולם כאחד והודו שיש‬ ‫משגיח ושליט בעולם‪ ,‬שאמר וברא העולם והוא מלך על כל העולם כולו‪ .‬וזה‬ ‫עמק המלך‪ .‬והבן היטב"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫דער נס פונעם נצחון האט יעדן איבערצייגט אין דער אמונה הטהורה‬ ‫און דערפאר‪ ,‬נאכדעם וואס אברהם אבינו האט מכניע געווען די‬ ‫קליפה פון אפיקורסות און באזיגט די פיר מלכים מיט אזעלכע‬ ‫נסים‪ ,‬וואס א ּפ ָאר שוואכע מענטשן האבן באזיגט אזעלכע פיר‬ ‫גרויסע גבורים מיט זייער שטארקע מיליטער – האבן אלע איינגעזען‬ ‫די ריכטיגקייט פון די הייליגע אמונה‪ .‬און דעמאלט זענען אלע גוים‬ ‫זיך צוזאמגעקומען צום 'עמק שוה' – דאס איז ראשי תיבות 'שאמר‬ ‫והיה העולם' – אלע האבן מודה געווען אז דער אייבערשטער האט‬ ‫באשאפן די וועלט מיט זיין דיבור‪ ,‬און 'עמק המלך' – אלע האבן מודה‬ ‫געווען אז דער אייבערשטער איז דער 'מלך' אויף דער וועלט‪ ,‬אזוי‬ ‫טייטשט דער אוהב ישראל‪.‬‬ ‫אבער לויט דעם ווערט נאך שווערער די קושיא וואס מיר האבן‬ ‫געפרעגט‪ :‬פארוואס האט אויסגעפעלט צו מאכן דעם נס‪ ,‬אז‬ ‫דער מלך סדום זאל ארויסקומען פונעם גרוב מיט ליים? אויב האבן‬ ‫שוין אלע מודה געווען אינעם אייבערשטן‪ ,‬נו‪ ,‬פארוואס האבן זיי‬ ‫נאכאלץ נישט געגלייבט אין דעם נס פון 'כבשן האש'?‬ ‫זיי האבן נאר געגלייבט אין 'השגחה כללית' אבער נישט אין 'השגחה פרטית'‬ ‫נאר עס קען זיין‪ ,‬אז די גוים זענען נאכאלץ נישט געווען איבערצייגט‬ ‫אין 'השגחה פרטית'‪ ,‬ווייל זיי האבן גע'טענה'ט‪ :‬ריכטיג טאקע‬ ‫אונז גלייבן שוין אינעם 'שאמר והיה העולם' אז דער אייבערשטער‬ ‫האט אלעס באשאפן‪ ,‬און אז ער איז דער 'מלך העולם'‪ ,‬און ער איז‬ ‫משגיח אויף דער וועלט; ווי מען האט דא געזען ווי ער מאכט נסים‬ ‫פאר אברהם איינצונעמען די ארבעה מלכים‪ .‬אבער מהיכי תיתי אז‬ ‫דער אייבערשטער איז משגיח אויף יעדן מענטש בפרטיות און אויף‬ ‫יעדן פרט און פרט פונעם מענטש? דאס וואס ער האט דא געהאלפן‬ ‫פאר אברהם‪ ,‬איז דאך נישט געווען בלויז א הצלה פאר אברהם‬ ‫בפרטיות‪ ,‬נאר דא איז דאך געווען א וועלטס מלחמה‪ ,‬און דאס איז‬ ‫חי‬ ‫געווען א הצלה פאר די אלע נפשות וואס די פינף מלכים האבן‬ ‫גענומען אין געפענגעניש‪ ,‬וואס אברהם אבינו האט זיי באפרייט‪ ,‬און‬ ‫אויפן 'כלל' איז טאקע דא א 'השגחה כללית'‪ .‬אבער מי יימר אז דארט‬ ‫וואו עס איז נוגע פארן פרטיות'דיגן מענטש פאר זיך‪ ,‬דארט ווערט‬ ‫ער אויך מושגח מיט א באזונדערע השגחה פונעם אייבערשטן? און‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫דערפאר האבן זיי נאכנישט געוואלט גלייבן אין דעם נס פון 'כבשן‬ ‫האש' – וואס דאס איז געווען א נס פאר אברהם אבינו בפרטיות‪.‬‬ ‫נאכן זען דעם נס פארן מלך סדום 'בפרטיות' האבן זיי שוין מודה געווען אינעם נס פון כבשן‬ ‫האש‬ ‫אבער נאכדעם וואס זיי האבן געזען אז דער מלך סדום איז‬ ‫ארויסגעקומען פונעם ליים 'שלא כדרך הטבע'‪ ,‬וואס דאס‬ ‫איז דאך אויך געווען א נס בלויז פאר איין יחיד‪ ,‬ווייל א 'מלך' קען‬ ‫מען דאך אויפנעמען א צווייטן – ממילא‪ ,‬האבן זיי איינגעזען אז דער‬ ‫אייבערשטער איז משגיח אויך אויף יעדן יחיד בפרטיות; ווי רש"י‬ ‫זאגט‪ .‬און עס איז שוין נישט שווער די קושיא פונעם רמב"ן אויף‬ ‫רש"י‪ ,‬אז דער נס וואס איז געשען פאר אן 'עובד עבודה זרה' קען‬ ‫נישט ברענגען קיין חיזוק האמונה‪ ,‬נאר פארקערט‪ ,‬עס ברענגט א‬ ‫שוואכקייט אין אמונה? ווייל לויט ווי דער אוהב ישראל זאגט‪ ,‬האבן‬ ‫דאך שוין יעצט אלע מודה געווען אינעם אייבערשטן אליין‪ ,‬און‬ ‫קיינער האט שוין דא נישט געהאט קיין הוה אמינא אין גלייבן אין די‬ ‫אלע כוחות זרות און שתי רשויות וכדומה‪ ,‬ממילא‪ ,‬איז דער נס פונעם‬ ‫מלך סדום געווען נאר א 'גילוי מילתא בעלמא'‪ ,‬צו ווייזן אז דער‬ ‫אייבערשטער איז אויך משגיח אויפן יחיד בפרטיות‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫זיי נתברר געווארן ווען זיי האבן געזען אזא נס וואס איז געשען פארן‬ ‫מלך סדום – וואס ער איז א פרטיות'דיגער מענטש‪.‬‬ ‫השוה ומשוה קטן וגדול – דער אייבערשטער איז משגיח אויף אלעמען 'בשוה'‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק‪" :‬וַ ֵ ּי ֵצא ֶמ ֶל ְך ְסדם ִל ְק ָראתו" – דא‬ ‫האט דער אייבערשטער באוויזן א פרטיות'דיגער נס פאר א‬ ‫פרטיות'דיגן מענטש‪ ,‬אז דער מלך סדום איז ארויסגעגאנגען פונעם‬ ‫ליים‪ ,‬און זאלסט נישט חושש זיין אז דאס איז גאר א חיזוק פאר די‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫"א ֲח ֵרי ש ּובו ֵמ ַה ּכות ֶאת‬ ‫אמונות טפילות; ווי דער רמב"ן פרעגט‪ ,‬ניין‪ַ ,‬‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ְּכ ָד ְר ָלע ֶמר וְ ֶאת ַה ְּמ ָל ִכים ֲא ֶשר ִא ּתו" – דאס איז שוין געווען נאכדעם‬ ‫טי‬ ‫וואס די אלע אומות העולם האבן געזען דעם נס המלחמה‪ ,‬וואס איין‬ ‫אברהם אבינו האט דערשלאגן די אלע שטארקע מלכים‪ֶ ,‬‬ ‫"אל ֵע ֶמק‬ ‫ׁ‬ ‫ָשוֵ ה ה ּוא ֵע ֶמק ַה ֶּמ ֶל ְך" – און דורכדעם האבן זיי שוין אלע מודה געווען‬ ‫אין דער אמונה און מלוכה פונעם 'מי שאמר והיה העולם'; ווי דער‬ ‫אוהב ישראל טייטשט‪ ,‬און אויך ווי דער פשוט'ער טייטש‪ ,‬אז זיי האבן‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫איינגעזען אז ביים אייבערשטן איז אלעס 'שוה'‪ ,‬די השגחה איז‬ ‫אלעמאל גלייך! עס איז נישטא קיין חילוק צווישן די השגחה אויפן‬ ‫רבים ביז די השגחה אויפן יחיד! קומט אויס‪ ,‬אז דער קומענדיגער‬ ‫פסוק 'ומלכי צדק מלך שלם' האקט נישט איבער אינמיטן אן ענין‪,‬‬ ‫ווייל דער 'ויצא מלך סדום' איז נישט קיין הקדמה צום 'ויאמר מלך‬ ‫סדום'‪ ,‬נאר דאס איז א זאך פאר זיך‪ ,‬וואס ער וויל דא דערציילן דעם‬ ‫נס פונעם מלך סדום‪ ,‬אז ער איז ארויסגעגאנגען פון דעם גרוב פול‬ ‫מיט ליים‪ ,‬וואס דורכדעם האבן זיי אלע מודה געווען אין השגחה‬ ‫פרטית‪.‬‬ ‫קונה שמים וארץ – ער איז דער בעל הבית אויף די גאנצע בריאה‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען פארוואס דוקא דא ווערט גענוצט דער‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫לשון‪" :‬קנֵ ה ָש ַמיִ ם וָ ָא ֶרץ"‪ ,‬ווייל דער פסוק וויל דערציילן‪ ,‬אז‬ ‫דורך דעם 'נס המלחמה' איז נתגלה געווארן פאר יעדן‪ ,‬אז דער‬ ‫איבערשטער איז 'קונה שמים וארץ'! אלעס איז זיינס און עס איז‬ ‫נישטא קיין שום אנדערע כוחות אויף דער וועלט‪.‬‬ ‫אברהם אבינו האט מורא געהאט‪ :‬אפשר וועט זיין א גוי וואס וועט מיינען אז זיינע נסים קומען‬ ‫אויך פון ע"ז‬ ‫"א ַחר ַה ְ ּד ָב ִרים ָה ֵא ֶ ּלה ָהיָ ה ְד ַבר ה' ֶאל ַא ְב ָרם‬ ‫זאגט אבער דער פסוק‪ַ :‬‬ ‫ֹ‬ ‫ַ ּב ַּמ ֲחזֶ ה ֵלאמר ַאל ּ ִת ָירא ַא ְב ָרם"‪ .‬דער אברהם אבינו איז געווען‬ ‫זייער באזארגט מיטן זעלבן קושיא וואס דער רמב"ן פרעגט‪ :‬ווער‬ ‫ווייסט צי די גוים וועלן נישט נעמען דעם נס פון מלך סדום‪ ,‬און‬ ‫דורכדעם ברענגען א חיזוק צו זייערע עבודה זרות? און כאטש וואס‬ ‫יעדער האט דאך דא געזען אזא גרויסן 'נס המלחמה'‪ ,‬וואס האט‬ ‫קלאר געוויזן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט‪ ,‬אבער‬ ‫אברהם האט חושש געווען – ווי דער דרך הצדיקים וועלכע האלטן‬ ‫זיך קליין בענוה – אז ער האט נאכנישט גענוג מפרסם געווען אין‬ ‫דער גאנצער וועלט אז ער איז א מאמין בה'‪ ,‬און דער מלך סדום האט‬ ‫כ‬ ‫מער מפרסם געווען זיינע עבודה זרות – ווי אברהם האט מפרסם‬ ‫געווען להבדיל די אמונה הקדושה‪ ,‬ממילא‪ ,‬אפשר וועלן זיין מענטשן‬ ‫וועלכע האבן געהערט פונעם נס וואס איז געשען פארן עובד עבודה‬ ‫זרה מלך סדום‪ ,‬און זיי וועלן זאגן אז דער נס און אויך די אלע אנדערע‬ ‫נסים‪ ,‬דער 'נס המלחמה' און דער 'נס כבשן האש' וואס איז געשען צו‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫אברהם איז אלעס געווען דורך די עבודה זרה חלילה? ווייל זיי ווייסן‬ ‫נאכנישט אז אברהם איז א 'כופר בעבודה זרה'‪ .‬דאס איז געווען דער‬ ‫פחד פון אברהם אבינו‪.‬‬ ‫אנכי מגן לך – יעדער ווייסט אז דיינע נסים קומען בלויז פון צד הקדושה און נישט פון יענע זייט‬ ‫"אל ּ ִת ָירא‬ ‫דערפאר האט דער אייבערשטער געזאגט צו אברהם‪ַ :‬‬ ‫ֹ‬ ‫ַא ְב ָרם ָאנ ִכי ָמ ֵגן ָל ְך" – דו דארפסט זיך נישט זארגן אז‬ ‫אפשר ווייסט נאכנישט איינער אז דו ביסט א מאמין בה'‪ ,‬און ווי דער‬ ‫מדרש זאגט‪" :‬הכל יודעין שאנכי מגן לך" – יעדער ווייסט שוין אז איך‬ ‫בין דיין באשיצער! איך בין דער וועלכער מאכט דיר נסים! ממילא‪,‬‬ ‫וויבאלד יעדער האט געזען דעם נס וואס דו האסט געהאט מיטן‬ ‫באזיגן די מלכים – איז יעדער געוואויר געווארן אז איך בין דער מלך‬ ‫העולם וואס איז משגיח בעליונים ובתחתונים‪ ,‬סיי אויפן כלל און סיי‬ ‫אויפן פרט‪ ,‬ממילא‪ ,‬האסטו זיך נישט וואס צו זארגן‪.‬‬ ‫היוצא לנו מזה‪ :‬אויב אברהם אבינו האט אזוי געארבעט און זיך‬ ‫מוסר נפש געווען מפרסם צו זיין די אמונה פאר אלע גוים פון‬ ‫דער וועלט‪ ,‬האט ער דאך אודאי געארבעט אריינצוברענגען אמונה‬ ‫אין אונז – זיינע קינדער‪ ,‬ממילא האבן מיר די אמונה אין אונז! יעדער‬ ‫איד איז א מאמין! מיר זענען 'מאמינים בני מאמינים'! אונז אלע‬ ‫גלייבן אז דער אייבערשטער איז משגיח בהשגחה פרטית אויף יעדן‬ ‫פרט ופרט! נאר וואסשע דען? פארוואס האבן מיר נאך נסיונות פון‬ ‫'קנאה' און פון 'דאגות'? ווייל מען דארף ארבעטן דאס מגלה צו זיין‬ ‫'מכח אל הפועל'! מען דארף ארבעטן צו וויסן אז מען גלייבט! אבער‬ ‫מען דארף נישט דא באשאפן א נייע זאך‪ ,‬ווייל באמת גלייבן מיר‬ ‫שוין‪.‬‬ ‫דער אייבערשטער זאל העלפן‪ ,‬מיר זאלן זוכה זיין זיך צו האלטן אין‬ ‫די אמונה הטהורה והקדושה‪ ,‬און 'בזכות אמונה' וועט מען ווערן‬ ‫אכ‬ ‫אויסגעלייזט‪ ,‬זאלן מיר זוכה זיין בקרוב צו די גאולה שלימה במהרה‬ ‫בימינו‪ ,‬אמן‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫‪Ƿ‬‬ ‫ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים‬ ‫דיבורים וסיפורים ‪-‬‬ ‫הרה"צ רבי ישכר בער הלוי ראטנבערג מוואידיסלב‬ ‫בן הרה"צ ר' יעקב יצחק אלחנן זי"ע‬ ‫י"ב חשון תשמ"ז לפ"ק‬ ‫א מסכת ביי די ניין יאר‬ ‫דעם שווער'ס מוח איז געווען הפלא'דיג! ער איז דאך געווען א בכור‬ ‫און געדארפט מאכן א סיום מסכת ערב פסח‪ ,‬האט ער שוין ביי‬ ‫די ניין יאר אליינס געענדיגט א מסכת און געמאכט דעם סיום‪.‬‬ ‫ביי די עלף יאר האט שוין זיין פאטער דער וואלבראמער רבי זצ"ל‬ ‫געלערנט מיט אים יורה דעה חלק א'‪.‬‬ ‫געזען ר' מאטעלע קוזמירער‬ ‫זיין פאטער האט אים אמאל מיטגענומען אלס עלטערע אינגל‪ ,‬צו‬ ‫הרה"ק רבי מאטעלע קוזמיר'ערח‪ .‬אויך איז רבי מאטעלע אמאל‬ ‫געקומען אויף א שבת קיין מעכיוו‪ .‬דער שווער פלעגט אלע יארן‬ ‫דערציילן מיט א התפעלות די עבודה‪ ,‬און ער פלעגט נאכמאכן די‬ ‫הייליגע תנועות פון דביקות וואס ער האט געזען ביי אים‪.‬‬ ‫נישט געווען א תלמיד פון ישיבת יח"ל‬ ‫דער שווער איז געווען זייער בידידות מיט הרה"צ רבי מאיר שפירא‬ ‫זצ"ל‪ .‬מענטשן מיינען‪ ,‬אז ער איז געווען א תלמיד פון 'ישיבת‬ ‫חכמי לובלין' אבער עס איז נישט ריכטיג‪ .‬און עס שטימט אפילו‬ ‫נישט מיט די יארן‪ ,‬ווייל די ישיבה איז נתייסד געווארן בערך אין יאר‬ ‫תר"צ‪ ,‬און דער שווער האט שוין חתונה געהאט אין יאר תרפ"ו‪.‬‬ ‫יחוס אבותיו‬ ‫דער שווער זכרונו לברכה איז געווען אן אייניקל 'בן אחר בן' פונעם‬ ‫אור לשמים‪ .‬ער איז אויך געווען אן אייניקל פון נאך צדיקים‪,‬‬ ‫בכ‬ ‫ער האט געהאט א באגאזש מיט יחוס‪...‬אבער געקאכט האט ער זיך‪,‬‬ ‫אין לובלין און אין לעלוב‪.‬‬ ‫ח בנו של המגיד הקדוש מטריסק זי"ע‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫געפירט דאס רבנות ביד רמה‬ ‫דער שווער איז געווען א 'מרא דאתרא' בכל התוקף‪ ,‬און נישט‬ ‫אריינגעלאזט קיין פירצה אין שטאט‪ .‬דער שווער האט זיך‬ ‫געפירט לאיסור אויף מאשין מצות‪ ,‬ווי די הוראה פונעם הייליגן דברי‬ ‫חיים‪ ,‬און ער האט נישט געלאזט פארקויפן אין וואידיסלאוו קיין‬ ‫מאשין מצות‪ .‬איז אמאל אנגעקומען קיין וואידיסלאוו א סוחר מיט א‬ ‫וועגעלע צו פארקויפן 'מאשין מצות'‪ ,‬האט דער שווער עטליכע מאל‬ ‫געשיקט דעם 'הויכן לייזער' (ער איז געווען א שטוב מענטש ביים שווער)‪ ,‬אז‬ ‫ער זאל זאגן פארן סוחר בשמו‪ ,‬אז דער רב האט באפוילן אז ער זאל‬ ‫ארויסגיין פון דער שטאט‪ .‬אבער דער סוחר האט זיך נישט וואוסנדיג‬ ‫געמאכט פון דער התראה‪ ,‬און ווייטער פארקויפט די מצות‪ .‬האט‬ ‫דער שווער גענומען א פלעשל חמץ'דיג ביר‪ ,‬און איבערגעגעבן פאר‬ ‫דעם הויכן לייזער‪ ,‬אז ער זאל אהינגיין און אנגיסן אלע מצות מיט‬ ‫ביר! ער האט טאקע אזוי געטון‪ ,‬אלע מצות זענען געווארן חמץ'דיג‬ ‫לכל הדעות‪ ,‬און ער האט שוין נישט געהאט וואס צו פארקויפן‪.‬‬ ‫מען האט אים אפגעשוינט פון הימל‬ ‫דער שווער איז געווען אן 'אוד מוצל מאש' וואס מען האט אים מן‬ ‫השמים געראטעוועט פונעם קריג‪ .‬די מעשה איז געווען אזוי‪:‬‬ ‫דער שווער איז דאך געווען דער שטאט'ס רב אין וואוידיסלאוו‪,‬‬ ‫וואוידיסלאוו איז געווען א שטאט מיט זעקס הונדערט משפחות‬ ‫שומרי שבת‪ ,‬דער שווער פלעגט באטאנען‪ ,‬אז אין וואוידיסלאוו איז‬ ‫נישט געווען קיין איין מחלל שבת! דאס איז געווען א חידוש בימים‬ ‫ההם אין פוילן‪.‬‬ ‫הכלל‪ ,‬דער שווער פלעגט באקומען דארט א חודש'ליכן געהאלט‬ ‫פון די קהלה‪ ,‬אבער עס האט נישט געקלעקט אויף‬ ‫אויסצוהאלטן א גאנצע משפחה מיט קינדער‪ ,‬און ברבות הימים האט‬ ‫גכ‬ ‫זיך אים אנגעזאמלט אסאך חובות‪ .‬איז די שוויגער ע"ה אויפגעקומען‬ ‫מיט אן עצה‪ ,‬אז זי מיט אלע קינדער זאלן פארן אויף פסח קיין‬ ‫לאנדאן צו איר פאטער – דער שאצער רב זצ"ל‪ ,‬און זיי וועלן שוין‬ ‫ָ‬ ‫דארט פארבלייבן אויפן זומער‪ ,‬און אזוי וועט ער כמעט נישט האבן‬ ‫קיין הוצאות פון שטוב‪ ,‬און מיטן געהאלט וואס ער באקומט פון דער‬ ‫קהלה וועט ער קענען אפצאלן זיינע חובות‪ .‬וכך הוה‪ ,‬אויף פסח‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫תרצ"ט האט ער געשיקט די שוויגער מיט די קינדער קיין לאנדאן‬ ‫צום שאצער זיידן‪ ,‬און נאר ער איז אליין געבליבן אין וואוידיסלאוו‬ ‫צוזאמען מיט זיין עלטסטן זון מאיר הי"ד – וועלכער איז שוין‬ ‫דעמאלט געווען כמעט א צוועלף יעריגער יונגל‪ ,‬און ער האט‬ ‫געלערנט דארט אין חדר‪ ,‬דעריבער האט ער אים נישט געוואלט‬ ‫מיטשיקן קיין לאנדאן‪.‬‬ ‫עס איז געקומען סוף זומער‪ ,‬און מען האט שוין געשמעקט אין דער‬ ‫לופט אז דא קומט א מלחמה‪ ,‬אלע האבן גערעדט אז דער רשע‬ ‫ימ"ש גרייט זיך צו דערקלערן קריג אויף פוילן‪ ,‬און דער שווער האט‬ ‫חושש געווען‪ ,‬אז איינמאל עס וועט אויסברעכן א קריג‪ ,‬וועט ער‬ ‫נישט קענען פארן קיין לאנדאן און די משפחה וועט נישט קענען‬ ‫צוריק קומען אהער קיין פוילן‪ ,‬און מען וועט בלייבן אפגעזונדערט‬ ‫פון די גאנצע משפחה פאר יארן לאנג‪ .‬דעריבער האט ער באשלאסן‬ ‫צו פארן קיין לאנדאן ווילאנג מען קען נאך פארן און זיך פאראייניגן‬ ‫מיט די משפחה‪ .‬אבער ער האט דאך געהאט אן אחריות פון א‬ ‫שטאט'ס רב‪ ,‬עס דארף דאך זיין איינער וואס זאל פסק'ענען שאלות‬ ‫און אנפירן מיט דער קהלה‪ ,‬האט דער שווער געלאדנט זיין פאטער‬ ‫דער וואלבראמער רבי הרה"ק רבי יעקב יצחק אלחנן זצ"ל וואס ער‬ ‫האט דעמאלט געוואוינט אין טשענסטחוב‪ ,‬אז ער זאל קומען קיין‬ ‫וואוידיסלאוו‪ ,‬איבערנעמען זיין דירה און איבערנעמען דאס רבנות‬ ‫פאסטן אויף דערווייל‪.‬‬ ‫אין יענע צייט איז געווען דער סדר‪ ,‬אז קינדער האבן נישט געהאט‬ ‫קיין אייגענעם פאספארט‪ ,‬נאר מען האט צוגעשריבן זייער‬ ‫נאמען צו איינעם פון די עלטערנ'ס פאספארט‪ .‬איז דער שווער‬ ‫געגאנגען צום קאנצעליי מיטן זון מאיר‪ ,‬און זיי געבעטן אז זיי זאלן‬ ‫פוילישער‬ ‫דער‬ ‫אבער‬ ‫פאספארט‪.‬‬ ‫זיין‬ ‫צו‬ ‫צושרייבן‬ ‫אים‬ ‫איינגעשטעלטער דארט האט פארשטאנען‪ ,‬אז דער שווער וויל‬ ‫דכ‬ ‫פארלאזן דאס לאנד צוליב די אנקומענדיגע מלחמה‪ ,‬האט דער רשע‬ ‫זיך ארויסגעדרייט מיט תירוצים‪ ,‬און בשום אופן נישט מסכים געווען‬ ‫צו צושרייבן דעם זון אויפן ּפאס פונעם פאטער‪ .‬בלית ברירה‪ ,‬האט‬ ‫דער שווער אים געמוזט איבערלאזן ביים טשענסטחובער זיידן‪ ,‬און‬ ‫ער איז אליינס אוועקגעפארן‪ .‬ליידער איז דער זון – מיין שוואגער‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫מאיר – נעבעך אומגעקומען אין קריג דריי יאר שפעטער‪ ,‬י"ח כסלו‬ ‫תש"ג‪ ,‬זייענדיג א בחור'ל פון פופצן יאר הי"ד‪.‬‬ ‫בימים ההם האבן ציווילע מענטשן כמעט נישט גענוצט קיין‬ ‫עראפלאנען צו פארן‪ ,‬נאר מען איז געפארן מיט שיפן‪ .‬דער‬ ‫שנעלסטער וועג פון פוילן קיין לאנדאן איז געווען אזוי‪ :‬מען איז‬ ‫געפארן מיט א באן קיין דייטשלאנד‪ ,‬פון דארט האט מען גענומען א‬ ‫באן קיין פראנקרייך‪ ,‬און פון דארט איז מען געפארן מיט א שיף‬ ‫וועלכע איז ארויסגעפארן פון קעלעי‪-‬פראנקרייך‪ ,‬און געאנקערט‬ ‫אינעם ּפ ָארט שטאט ָ‬ ‫דאווער‪-‬ענגלאנד‪ .‬דער שווער איז ארויסגעפארן‬ ‫בערך אנהייב אלול תרצ"ט קיין דייטשלאנד מיטן באן‪ ,‬און געוואלט‬ ‫נעמען דעם באן פון דארט קיין פראנקרייך‪ .‬אבער למעשה ווען ער‬ ‫איז אנגעקומען קיין דייטשלאנד‪ ,‬האט שוין די מלחמה געהאלטן אט‬ ‫אט ביים אויסברעכן‪ ,‬און עס איז שוין נישט געווען קיין באנען צו‬ ‫פארן קיין פראנקרייך‪ ,‬און אודאי נישט קיין שיפן פון פראנקרייך קיין‬ ‫ענגלאנד‪ .‬האט דער שווער אנגעקלינגען צום שאצער זיידן‪ ,‬אז ער‬ ‫איז יעצט אין דייטשלאנד‪ ,‬און ער וויל נעמען א פליגער פון‬ ‫דייטשלאנד קיין ענגלאנד‪ ,‬אבער עס קאסט צען פונט – א הון רב‬ ‫בימים ההם – און ער האט נישט דאס געלט‪ ,‬דערפאר בעט ער‪ ,‬אז‬ ‫מען זאל אים שיקן טעלעגראפיש צען פונט‪ .‬די שוויגער ע"ה האט זיך‬ ‫זייער געוואונדערט‪ ,‬פארוואס ער וויל זיך דא נאכגעבן אזא לוקסוס‬ ‫ווי נעמען א פליגער‪ ,‬האט זי אים געפרעגט אויפן טעלעפאן‪:‬‬ ‫"פארוואס נעמסטו נישט די באן ווי געהעריג?" (מען האט נאכנישט‬ ‫געוואוסט אין לאנדאן וואו דער מצב האלט דארט)‪ .‬אבער דער שווער האט‬ ‫מורא געהאט צו רעדן איין איבריג ווארט‪ ,‬ווייל די רשעים האבן שוין‬ ‫דעמאלט אונטערגעהערט די טעלעפאנען‪ ,‬האט ער איר געענטפערט‬ ‫אין לשון הקודש‪" :‬אסור לדבר"‪...‬‬ ‫הכלל‪ ,‬דער שאצער זיידע האט אפירגעקראצט דאס געלט‪ ,‬מן הסתם‬ ‫הכ‬ ‫האט ער זיך אנגעבארגט פון די גאנצע שטאט‪ ...‬און דעם‬ ‫קומענדיגן אינדערפרי ווי נאר דער באנק עפנט זיך ניין אזייגער‪ ,‬איז‬ ‫דער פעטער יאנקעלע זצ"ל (בן הרה"ק משאץ זי"ע) געגאנגען אין באנק‬ ‫און אויפגעגעבן דאס געלט טעלעגראפיש‪ ,‬און אזוי איז דער שווער‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫ארויפגעגאנגען אויפן פליגער און ארויסגעפלויגן פונעם גיא צלמות‬ ‫– ממש אין דער לעצטער מינוט‪.‬‬ ‫דעם רבינ'ס הייליגע בענקעניש צום דור המדבר‬ ‫אין די ערשטע יארן וואס דער שווער איז געקומען אהער קיין‬ ‫אמעריקע‪ ,‬איז אים נישט אויסגעקומען מיטצוהאלטן די טישן‬ ‫פון רבי'ן זכרונו לברכה‪.‬‬ ‫ער האט געהאט א קרוב און א שטארק נאנטער ידיד דער‬ ‫פאלטישאנער רב ז"לט‪ .‬און ער האט געמאכט א שמחה אין‬ ‫וויליאמסבורג איז דער שווער געפארן אויף שבת צו די שמחה‪ ,‬האט‬ ‫ער מיטגעהאלטן שלש סעודות ביים רבי'ן זכרונו לברכה‪.‬‬ ‫האט דער שווער דערציילט‪ :‬אז ביי שלש סעודות אינמיטן דער‬ ‫תורה‪ ,‬האט זיך דער רבי צוקאכט איבערן דור המדבר‪ ,‬און‬ ‫אנגעהויבן זאגן‪" :‬אה‪ ,‬דער אייבערשטער וועט העלפן משיח וועט‬ ‫קומען‪ ,‬וועלן מיר זוכה זיין צו זען די ליכטיגע צורות‪ ,‬די צורות‬ ‫הקדושות פון דור דעה‪ ,‬פון דור המדבר וואס האבן זוכה געווען צו‬ ‫זען א מתן תורה און א קריעת ים סוף‪ ,‬אה‪ ,‬דער דור דעה‪ ,‬דער 'דור‬ ‫דעה'‪ ,‬מיט די צורות הקדושות"‪ .‬דער שווער האט געזאגט "ער האט‬ ‫מיך ארויסגענומען פון די כלים"‪ ...‬ממש אזוי זיך צו קאכן און בענקען‬ ‫זיי צו זען‪ .‬ער האט געזען אז דער רבי לעבט אין אן אנדערע וועלט!‬ ‫אויך האט דער שווער געזאגט‪ ,‬אז ער איז געזעסן נעבן רבי'ן‪ ,‬און‬ ‫כאטש עס איז געווען טונקל האט ער זייענדיג אזוי נאנט‪ ,‬געזען‬ ‫ווי דער רבי הייבט זיך פון בענקל זאגנדיג די דיבורים‪ ,‬און ער איז‬ ‫ממש ווי געפלויגן אין דער לופט! און פון דעמאלט ָאן פלעגט ער‬ ‫אסאך פארן צום רבי'ן ובפרט צו די שובבי"ם תורות‪.‬‬ ‫זיין קירבה צום רבי'ן זכרונו לברכה‬ ‫ער פלעגט גיין כסדר צום רבי'ן מיט קוויטלעך‪ .‬און אויך דער רבי‬ ‫וכ‬ ‫האט שטארק געהאלטן פון אים‪.‬‬ ‫ט הרה"צ רבי ישראל אברהם שטיין ז"ל חתן הרה"צ רבי אלעזר טווערסקי זצ"ל שהי'‬ ‫חתן של הרה"צ רבי מאיר מאסקאוויטש משאץ‪ ,‬אחיו וחותנו של הרה"ק רבי‬ ‫שלום משאץ זי"ע‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫עס איז אסאך מאל געווען‪ ,‬וואס דער רבי האט געוואלט זיך‬ ‫דורכשמועסן עפעס אן עצה וכדומה וויאזוי צו טון‪ ,‬האט ער‬ ‫געזאגט‪" :‬רופט מיר אריבער דעם וואוידיסלאווער רב"‪.‬‬ ‫ווען דער רבי ז"ל האט מייסד געווען דעם 'התאחדות הרבנים' אין‬ ‫יאר תשט"ו‪ ,‬האט אים דער רבי ז"ל אריינגענומען אינעם 'ועד‬ ‫הרבנים'‪ ,‬כאטש עס איז געווען דעמאלט אסאך עלטערע רבנים‪ ,‬ווייל‬ ‫דער רבי האט געזען זיין חכמה און יראת שמים‪.‬‬ ‫א שליחות פונעם שינאווער רב זי"ע‬ ‫דער שווער פלעגט זייער אסאך מאל דערציילן די מעשה‪ ,‬וואס ער‬ ‫האט געהערט פון זיין טאטן דער וואלבראמער רבי הרה"ק ר'‬ ‫יעקב יצחק אלחנן זי"ע‪ .‬אז בעפאר זיין בר מצוה איז ער געפארן‬ ‫צוזאמען מיט זיין טאטן הרה"ק ר' אברהם שלום פנחס זי"ע צום‬ ‫שינאווער רב זי"ע‪ ,‬און דער שינאווער רב האט דעמאלט גערעדט‬ ‫מיט זיי א לאנגע שמועס קעגן די ציונים‪.‬‬ ‫בתוך הדברים האט דער שינאווער רב זיי פארציילט‪" :‬עס איז דא‬ ‫געקומען צו מיר א געוויסער אידישער דאקטער (איינער וואס‬ ‫האט שטודירט פלעגט מען רופן 'דאקטער') פון שטאט יערוסלוב‪ ,‬און ער האט‬ ‫געבעטן אז ער וויל רעדן מיט מיר ביחידות און קיינער זאל נישט זיין‬ ‫אין שטוב‪ ,‬האב איך נישט געוואלט זיין ביחוד מיט א 'מגולח'‪ ,‬האב‬ ‫איך געהייסן פאר זלמן גבאי‪ ,‬אז ער זאל לאזן אפן די טיר‪ ,‬כדי עס‬ ‫זאל נישט זיין קיין יחוד‪ .‬האב איך אים געפרעגט‪" :‬נו‪ ,‬וואס ווילט‬ ‫איר?"‪ ,‬האט ער געזאגט‪ ,‬ער וויל אז איך זאל מיך צושטעלן צו די‬ ‫ציוני'סטישע פארטיי‪ ,‬און ער זאגט מיר צו אז ער וועט מיר צושטעלן‬ ‫יעדן טאג א וואגאן מיט חסידים פון דייטשלאנד… (דער שווער פלעגט‬ ‫זאגן‪ ,‬אז ער גלייבט נישט אז יענער האט עס אזוי גראב ארויסגעזאגט‪ ,‬נאר מן הסתם האט‬ ‫ער עס מרמז געווען און גערעדט ארום און ארום‪ ,‬און דער שינאווער רב האט באלד‬ ‫זכ‬ ‫פארשטאנען וואס יענער וויל)‪ .‬האב איך אים געענטפערט‪" :‬איך וויל אייך‬ ‫נישט קענען! איך דארף נישט אייך און נישט אייער כבוד און געלט!‬ ‫דוד המלך זאגט שוין אין תהלים "הלוא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך‬ ‫אתקוטט תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫און דער שינאווער רב האט ממשיך געווען צו רעדן מיט א קאך צו‬ ‫זיין זיידן און טאטן‪" :‬זיי די ציונים‪ ,‬האבן ארויסגעלאזט א שם רע‬ ‫אויף רבי דוד משה (פון טשארטקוב) אז ער איז א ציוני'סט‪ .‬חס ושלום! ר'‬ ‫דוד משה איז אן ערליכער איד! נאר דארטן אין טשארטקוב איז דא‬ ‫איינער א 'זקן אשמאי' וואס ער איז א ציוני‪ ,‬דעריבער זאגן זיי 'דער‬ ‫טשארטקובער איז א ציוני'‪ ,‬כדי מען זאל מיינען אז מען מיינט רבי‬ ‫דוד משה"‪ .‬און דעמאלט האט זיך דער שינאווער רב געוואנדן צו זיין‬ ‫זיידן‪" :‬איך מאך אייך א שליח‪ ,‬אז איר זאלט דאס דערציילן אין‬ ‫פוילן"‪ .‬און דעריבער פלעגן טאקע זיין זיידע און טאטע דאס כסדר‬ ‫דערציילן‪ ,‬ווייל זיי האבן געהאלטן אז זיי האבן א חוב דאס צו‬ ‫פארציילן אין שליחות פונעם שינאווער רב זי"ע‪.‬‬ ‫מפקיר געווען די פרנסה פאר כבוד שמים‬ ‫בעפאר דער קריג‪ ,‬איז דער שווער געווען אין דער אגודה‪ ,‬אבער‬ ‫נאכן קריג האט דער שווער געזען אז זיי פארקריכן‪ ,‬איז ער‬ ‫ארויסגעגאנגען פון דארט‪ .‬אבער זיי האבן אים כסדר מקרב געווען‬ ‫און געהאפט אז ער וועט נאך אמאל צוריק קומען צו זיי‪ .‬און דער‬ ‫שווער האט טאקע געהאט אין זיין בית המדרש מתפללים אגודה'יסטן‪,‬‬ ‫וועלכע זענען געווען גבירים אדירים און האבן אים געשטיצט בדרך‬ ‫כבוד‪.‬‬ ‫עס איז געווען ביי איין פראטעסט קעגן די ציונים‪ ,‬דוכט זיך מיר אז‬ ‫דאס איז געווען ביי די פרשה פון ר' פנחס סעגאלוב‪ ,‬האט דער‬ ‫רבי זכרונו לברכה דעמאלט צום ערשטן מאל געבעטן דעם שווער צו‬ ‫רעדן א דרשה ברבים‪ .‬די דעמאנסטראציע איז געווען גערופן אויף‬ ‫זונטאג‪ .‬געדענק איך‪ ,‬אז יענעם מוצאי שבת איידער די דרשה האט‬ ‫זיך דער שווער געדרייט אין שטוב ארויף און אראפ שטארק‬ ‫פארקלערט‪ ,‬אינמיטן גיבט ער מיר א זאג‪" :‬יא‪ ,‬וואס? מען האט מיך‬ ‫מכבד געווען מיט א גרויסן כבוד צו האלטן א דרשה‪ ,‬הא? הער מיך‬ ‫חכ‬ ‫אויס‪ ,‬דו זעסט מיין מנין? איך ווייס נישט צי נאך דער דרשה וועט‬ ‫מיר בלייבן צען אידן!"‪.‬‬ ‫האט זיך איינער אין שטוב אנגערופן‪" :‬נו אפשר טאקע איז מען נישט‬ ‫מחויב צו האלטן א דרשה? מען רעדט דאך דא פון פרנסה?"‪.‬‬ ‫זאגט ער‪" :‬אבער וויאזוי קען מען שווייגן?! מען טאר נישט שווייגן!"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫אזוי איז ער געווען גרייט מיט א 'הנני מוכן ומזומן' מפקיר צו זיין די‬ ‫פרנסה‪ ,‬עס האט געפלאקערט אין אים דער כבוד שמים‪.‬‬ ‫און ער האט טאקע געהאט רוח הקודש… דעם קומענדיגן שבת נאך‬ ‫די דרשה קעגן די ציונים‪ ,‬איז דער עולם אוועקגעגאנגען‪ ,‬דאס‬ ‫ביהמ"ד איז געווארן כמעט ליידיג! און ער האט טאקע נישט געהאט‬ ‫קיין שטיקל ברויט אין שטוב‪ .‬איך געדענק נאך‪ ,‬ווי איינמאל איז ער‬ ‫געפארן מיט א קאר סערוויס‪ ,‬האט ער נישט געהאט צו באצאלן‪,‬‬ ‫האט ער געמוזט אויסבארגן פונעם לינקן קעשענע – וואו ער פלעגט‬ ‫האלטן די מעשר געלט‪ ,‬ווייל פונעם קרן האט ער שוין נישט געהאט‪.‬‬ ‫למשל‪ ,‬דער ‪ ...‬רב און דער ‪ ...‬רב וכדומה‪ ,‬זענען אלע געווען ערליכע‬ ‫אידן‪ ,‬אבער ווען זיי האבן געזאגט פייערדיגע דרשות קעגן‬ ‫ציונות‪ ,‬האבן זיי דאך גערעדט אין וויליאמסבורג צו היימישע אידן‪,‬‬ ‫און צומארגנס איז מען געקומען צו זיי מיט א גוט ווארט‪" :‬אה‪ ,‬עס‬ ‫איז געווען אזא מורא'דיגע דרשה!"‪ .‬נו‪ ,‬דאס איז נאכנישט ממש‬ ‫מסירות נפש‪ .‬אבער איינער וואס ער האט אזעלכע גבירים‪ ,‬און ער‬ ‫איז אלעס מפקיר‪ ,‬בידיעה תחלה אין וואס ער גייט אריין‪ ,‬דאס איז‬ ‫שוין עפעס העכערע כוחות‪.‬‬ ‫נאך דער דרשה‪ ,‬איז ער געגאנגען דאווענען אינדערוואכן אין דער‬ ‫ספרד'ישער שול אין בארא פארק‪ ,‬וואס דארט איז געווען א‬ ‫צענטער פון מנינים‪ ,‬האב איך געהערט ווי מענטשן רעדן צווישן זיך‪:‬‬ ‫"דו זעסט אים? ער איז נאך ארגער פון סאטמאר רב…"‪.‬‬ ‫אינטערעסאנט אבער‪ ,‬אז ווען דער רבי איז געווארן נישט געזונט‪,‬‬ ‫זענען די אלע אגודה'סטעלעך צוגעקומען צום‬ ‫שווער און זיך נאכגעפרעגט אויפן רבי'ן‪" :‬וואס מאכט דער רבי?"‪ .‬דא‬ ‫האט מען געזען אזא בחינה פון "וימסרו" (במדבר לא‪ ,‬ה)‪ ,‬וואס רש"י‬ ‫זאגט דארט‪" :‬להודיעך שבחן של רועי ישראל כמה הם חביבים על‬ ‫טכ‬ ‫ישראל‪ ,‬עד שלא שמעו במיתתו מה הוא אומר 'עוד מעט וסקלוני'‪,‬‬ ‫ומששמעו שמיתת משה תלויה בנקמת מדין לא רצו ללכת עד‬ ‫שנמסרו על כרחן"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫שנעל געזאגט – אבער געלאזט דמעות‬ ‫פסח ביינאכט פלעגט דער שווער ז"ל זיך שטארק יאגן צו טרינקען‬ ‫דעם פערטן כוס נאך פאר חצותי‪.‬‬ ‫עס איז געווען שיין צו זען‪ ,‬ווי זאגנדיג די הגדה היבש שנעל – איז‬ ‫אים גערינען טרערן פון די אויגן בשעת סיפור יציאת מצרים! און‬ ‫דער שווער ז"ל איז בטבע נישט געווען קיין בעל בכי!‪..‬‬ ‫רחמנא אמר תקעו‬ ‫דער שווער ז"ל פלעגט אסאך מאל שמועסן פון דעם חילוק צווישן די‬ ‫אמאליגע דורות ביז צו די היינטיגע דורות‪ .‬האט ער געזאגט‬ ‫אזוי‪" :‬אמאל פלעגן זיין 'סוחרים'‪ ,‬וואס ביי תקיעת שופר 'האבן זיי‬ ‫געהאנדלט"‪( .‬דאס הייסט‪ ,‬צדיקים וואס האבן געהאט א דעה אויבן אין הימל‪ ,‬און‬ ‫האבן געקענט האנדלען ממתיק צו זיין דינים און מבטל זיין גזירות)‪.‬‬ ‫שפעטער איז שוין געווארן א שוואכערע וועלט‪ ,‬עס איז שוין נישט‬ ‫געווען קיין סוחרים וואס האנדלען‪ ,‬אבער זיי האבן כאטש‬ ‫געוואוסט 'איבער וואס עס האנדלט זיך'‪ .‬און אז מען ווייסט איבער‬ ‫וואס עס האנדלט זיך ‪ -‬איז אויך א מדרגה‪.‬‬ ‫נאך שפעטער‪ ,‬איז שוין דאס אויך נישט געווען‪ ,‬אבער זיי האבן‬ ‫כאטש געוואוסט 'אז עס האנדלט זיך'‪ .‬אבער היינט – האט ער‬ ‫אויסגעפירט – מיט א קרעכץ – 'ווייסט מען אפילו נישט אז עס‬ ‫האנדלט זיך'‪.‬‬ ‫דער גרויסער 'יום הדין' איבער הצלת רבינו‬ ‫ווען מען האט גערעדט וועגן די הצלה פונעם רבי'ן זכרונו לברכה פון‬ ‫די רשעים ימ"ש – פלעגט דער שווער זכרונו לברכה זאגן‪ ,‬אז עס‬ ‫האט זיך זיכער געטון אין הימל א גאנצער 'ויכוח' און א 'מלחמה'‬ ‫צווישן די מיימינים און משמאילים‪ ,‬צי מען קען זוכה זיין בדין אז‬ ‫דער צדיק יסוד עולם‪ ,‬זאל ניצול ווערן און זאל אונז אלע ראטעווען‪.‬‬ ‫ל‬ ‫י די צווייטע נאכט האט ער נאכמער געיאגט‪ ,‬צו ציילן ספירה פאר חצות‪ .‬צומאל‪ ,‬אז‬ ‫עס איז שוין געווארן אביסל שפעט צו חצות‪ ,‬פלעגט ער ציילן ספירה תיכף‬ ‫נאכן פערטן כוס‪ ,‬און שפעטער צוגעענדיגט די הגדה‪ .‬אויסער‪ ,‬אויב עס האט‬ ‫זיך געמאכט א מנין צו ספירה‪ ,‬און עס האט אויסגעפעלט צו ווארטן אויפן מנין‬ ‫– האט ער געווארט און געציילט ספירה נאך חצות‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫לגבי משה מילתא זוטרתא הוא‬ ‫ווען דער רבי זכרונו לברכה איז נסתלק געווארן‪ ,‬איז געווען א‬ ‫געוויסער ראש ישיבה פון אן אנדערן קרייז‪ ,‬וואס ער האט‬ ‫געזאגט ביי זיין הספד אויפן רבי'ן‪" :‬אזל גברא דמסתפינא מיניה" – אז‬ ‫ער האט שוין נישט דעם פחד ה' וואס ער האט געהאט בחייו פונעם‬ ‫רבי'ן‪ .‬האט דער שווער געזאגט אויף דעם‪ ,‬אז אונז קענען אויך דאס‬ ‫זאגן‪" :‬אזל גברא" – עס איז נסתלק געווערן אזא איד‪" ,‬דמסתפינא" –‬ ‫וואס דאס ביסל יראת שמים וואס איך האב נאך געהאט‪" ,‬מיניה" –‬ ‫איז נאר געקומען דורך אים!‬ ‫איך האב נישט קיין כח צו 'נסים נגלים'‪...‬‬ ‫דער שווער פלעגט נאכזאגן פון זיין מאמע שרה בילא ע"האי‪ ,‬וואס‬ ‫זי פלעגט זאגן בצחות לשונה‪" :‬רבונו של עולם‪ ,‬טוה מיט אונז‬ ‫'פארבארגענע נסים' (נסים נסתרים)‪ ,‬ווייל צו 'אפענע נסים' האבן מיר‬ ‫שוין נישט קיין כח‪."...‬‬ ‫דער שווער פלעגט אסאך מאל איבערזאגן די דברי חכמה מיט א‬ ‫געוואלדיגע הנאה‪...‬‬ ‫פאר די פשוט'ע אידן גיב נישט די נסיונות פון קידוש השם‪...‬‬ ‫ענליך דערצו‪ ,‬פלעגט ער נאכזאגן א מליצה ישרה אויפן כלל ישראל‬ ‫– פון זיין טאטן דער וואלבראמער רבי זצ"ל הי"דבי‪ ,‬וואס ער‬ ‫האט געזאגט ביים קריג‪ ,‬ווען ער האט מיטגעהאלטן ווי אידן פרעגן‬ ‫ֹ‬ ‫נעבעך קושיות אויף דער הנהגת ה'‪ ,‬האט ער געטייטש‪ּ ִ :‬‬ ‫"ב ְקר ַבי" –‬ ‫ׁ‬ ‫"א ָ ּק ֵדש" – זענען די שווערע גזירות א בחינה פון‬ ‫ביי די גרויסע אידן‪ֶ ,‬‬ ‫'קידוש השם'‪ ,‬דעם אייבערשטנ'ס נאמען ווערט געהייליגט‪ ,‬אבער‬ ‫"וְ ַעל ּ ְפנֵ י ָכל ָה ָעם" – פאר די פשוט'ע אידן וואס זענען בבחינת 'עם'‪,‬‬ ‫"א ָּכ ֵבד" – איז דאס שווער צו פארנעמען‪ ,‬אזויווי דער לשון ָ‬ ‫'כ ֵבד‬ ‫ֶ‬ ‫אל‬ ‫אי הרבנית שרה בילא ע"ה ‪ -‬נ' י"ג תשרי תר"צ‪ ,‬בת הרה"ק רבי אליעזר האדמו"ר‬ ‫מפינטשוב זצ"ל – י' שבט תרצ"ז‪ ,‬בן הרה"ק רבי חיים מאיר האדמו"ר‬ ‫מפינטשוב זצ"ל – נ' כ"ט שבט תרע"ז‪ .‬שם אמו הרבנית מרים ע"ה בת הרה"ק‬ ‫רבי ישכר בער הסבא קדישא מראדושיץ זי"ע‪.‬‬ ‫בי הרה"צ רבי יעקב יצחק אלחנן בן הרה"צ רבי אברהם שלום פנחס הלוי ראטנבערג‬ ‫זצ"ל נעק"ה ח"י כסליו תש"ג לפ"ק‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫ָה ָר ָעב ָ ּב ָא ֶרץ'‪ ,‬אז די פשוט'ע אידעלעך האבן נישט קיין כח‬ ‫אויסצוהאלטן די ביטערע עינויים רח"ל‪.‬‬ ‫טעה בהמלך הקדוש‬ ‫דער שווער האט דערציילט‪ ,‬אז אמאל האט א חסיד געשיקט פאר‬ ‫אריינגעשריבן‬ ‫האט‬ ‫און‬ ‫במתנה‪,‬‬ ‫ספר‬ ‫א‬ ‫טאטן‬ ‫זיין‬ ‫איבערגעטריבענע טיטלען‪ ,‬און איינער פון די טיטלען איז געווען‬ ‫'המלך הקדוש'‪ ...‬דאס האט ער שוין נישט אויסגעהאלטן‪ ,‬האט ער‬ ‫צוריקגעשיקט דעם ספר‪ ,‬צושרייבנדיג‪" :‬טעה בהמלך הקדוש‬ ‫חוזר‪."...‬‬ ‫עי' בסוף הקונטרס (עמוד לד) שהדפסנו חליפות מכתבים בין רבינו לחמיו זצ"ל‬ ‫*‬ ‫הרה"ק ר' מנחם מענדל בהרה"ק ר' יעקב קאפל חסיד מקאסוב זי"ע‬ ‫בעל 'אהבת שלום' ‪ -‬י"ז מרחשון תקפ"ו‬ ‫געשפירט 'אוירא דארץ ישראל' אויפן ציון‬ ‫דער פשעווארסקער רבי‪ ,‬ר' יאנקעלע ז"ל איז אמאל געווען דאהי ביי‬ ‫מיר אין שטוב‪ ,‬איז דער וויזניצער רבי‪ ,‬ר' מאטעלע ז"ל‬ ‫אריבערגעקומען צו אים אויף א באזוך‪ .‬און זיי זענען ביידע געזעסן‬ ‫שטיל‪ ,‬און קיינער האט נישט אנגעהויבן צו רעדן קיין ווארט‪ .‬ווייזט‬ ‫אויס‪ ,‬אז ר' יאנקעלע האט נישט געוואלט אנהייבן צו רעדן תורה‬ ‫בפניו פונעם וויזניצער רבי'ן‪ ,‬האט זיך ר' יאנקעלע ז"ל אנגערופן‪:‬‬ ‫"איך‪ ,‬אויב איך האב נישט קיין תורה‪ ,‬גיב איך זיך אן עצה מיט א‬ ‫מעשה…"‪ .‬און ער האט אים דערציילט די פאלגענדע מעשה פונעם‬ ‫בל‬ ‫'אהבת שלום'‪.‬‬ ‫האט ער פארציילט‪ :‬דער שינאווער רב זצ"ל איז אמאל געקומען קיין‬ ‫קאסוב צו הרה"ק רבי יעקב שמשון זצ"ל‪ ,‬א זון פונעם תורת‬ ‫חיים‪( ,‬ער האט געהאט א גרויסן פאטער‪ ,‬און ער אליינס איז אויך געווען א גרויסער‬ ‫מענטש)‪ .‬נאכן דאווענען האט ר' יעקב שמשון איינגעלאדנט דעם‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫שינאווער רב אויף ָאנבייסן (פרישטאג)‪ .‬האט דער שינאווער רב‬ ‫געזאגט‪" :‬גוט‪ ,‬אבער איך וועל קודם גיין אויפן ציון פונעם אהבת‬ ‫שלום"‪ .‬איז ער געגאנגען‪ ,‬און דער שינאווער רב האט זיך דארט‬ ‫פארזוימט גאר א לענגערע צייט‪.‬‬ ‫ווען ער איז צוריקגעקומען‪ ,‬האט אים ר' יעקב שמשון געפרעגט‪:‬‬ ‫"שינאווער רב‪ ,‬וואס האט אזוי לאנג גענומען ביי אייך אויפן‬ ‫ציון?"‪ .‬האט ער אים געענטפערט‪" :‬איך ווייס נישט וואס‪ ,‬אבער איך‬ ‫האב דארט געשפירט 'אוירא דארץ ישראל'‪ ,‬האב איך זיך נישט‬ ‫געקענט פועל'ן אוועקצוגיין"‪ .‬איז ר' יעקב שמשון זייער נתפעל‬ ‫געווארן‪ ,‬אז ער איז ממש ארויס פון די כלים‪ ,‬און ער האט זיך‬ ‫אנגערופן‪" :‬אויב אזוי‪ ,‬וועל איך אייך דערציילן א מעשה"‪ .‬און ער‬ ‫האט אים דערציילט די פאלגענדע מעשה‪:‬‬ ‫הרה"ק רבי אורי סטרעליסקער זצ"ל איז געווען א שוואגער מיט‬ ‫הרה"ק דער אהבת שלום זצ"לגי‪ .‬אמאל זענען זיי ביידע געווען‬ ‫ביי הרה"ק רבי ארון לייב פון פרימישלאן‪ ,‬און הרה"ק רבי מאיר'ל‬ ‫פרעמישלאנער זצ"ל איז נאך דעמאלט געווען א אינגל‪ .‬נאכדעם‬ ‫ווי זיי זענען ארויס פון שטוב‪ ,‬פרעגט אים זיין פאטער – הרה"ק ר'‬ ‫ארון לייב זצ"ל‪" :‬מאיר'ל‪ ,‬ווער פון די צוויי געפעלט דיר בעסער?"‪.‬‬ ‫האט ער געענטפערט‪" :‬דער שווארצער!די" – דאס האט געמיינט דער‬ ‫סטרעליסקער‪ .‬האט רבי ארון לייב געזאגט‪ " :‬זיי זענען ביידע צדיקי‬ ‫אמת‪ ,‬נאר ער [דער סטרעליסקער] איז ממשיך אוירא דארץ ישראל‬ ‫בחייווט‪ ,‬און ער [דער אהבת שלום] וועט ממשיך זיין אוירא דארץ‬ ‫ישראל לאחר פטירתו!"‪ .‬און דאס האט דער שינאווער רב דארט‬ ‫געשפירט‪.‬‬ ‫גי הרה"ק רבי אורי מסטרעליסק זי"ע נשא (בזו"ש) בתו של הרה"ק רבי יעקב קאפיל‬ ‫גל‬ ‫חסיד זי"ע – אביו של בעל אהבת שלום‪.‬‬ ‫די דער סטרעליסקער האט געהאט שווארצע האר און דער אהבת שלום האט געהאט‬ ‫רויטע האר‪.‬‬ ‫וט דאס הייסט‪ ,‬אז רבי מאיר'ל האט יעצט געשפירט אויף אים קדושת ארץ ישראל‪.‬‬ ‫אבער ר' ארון לייב האט געזען אויף נאך ווייטער‪ ,‬אז דער אהבת שלום וועט‬ ‫לאחר פטירתו ממשיך זיין קדושת ארץ ישראל‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫ושמעו הולך למרחוק‬ ‫דער תורת חיים פון קאסוב (א זון פונעם אהבת שלום) איז אמאל געווען‬ ‫ראש השנה אין לובלין ביים חוזה‪ .‬דארט איז געווען דער מנהג‪,‬‬ ‫אז ווען דער חוזה האט זיך געוואשן נטילת ידים‪ ,‬האט דער גבאי‬ ‫אריינגעגאסן וואסער אינעם טעפל‪ ,‬ביז ווען דער חוזה האט‬ ‫אויפגעהויבן די האנט און געוויזען אז עס איז שוין גענוג‪ .‬ראש השנה‬ ‫בייטאג‪ ,‬ווען דער חוזה האט זיך געוואשן‪ ,‬האט דער גבאי אנגעגאסן‬ ‫דעם טעפל‪ ,‬און דער חוזה איז געשטאנען אזוי איינגעבויגן פאר א‬ ‫לאנגע צייט און נישט געוויזן מיט דער האנט אויפצוהערן‪ ,‬און דער‬ ‫גבאי גיסט נאך און נאך‪ ,‬א גוזמא פון צייט‪ .‬ביז דער חוזה האט זיך‬ ‫געגעבן א שטעל אויף און זיך אויסגעדרייט צום תורת חיים‪" :‬איך‬ ‫האב יעצט געהערט דעם שופר בלאזן פון אייער טאטן"‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫חליפת מכתבים‬ ‫מכתב מאת הגה"צ רבי ישכר בער הלוי ראטנבערג זצ"ל אבד"ק וואוידיסלאוו‬ ‫שכתב לחתנו רבינו זי"ע – בזמן האירוסין‪.‬‬ ‫ב"ה עש"ק פנחס כ"ב תמוז תש"י לפ"ק‪.‬‬ ‫אהובי המל"ח [המיועד להיות חתני] הב' המופלג בתו"י בנש"ק מוכתר בנמוסין‬ ‫כמר אברהם מנחם מענדל נ"י ויזרח‪.‬‬ ‫גלויתך‪ ,‬קבלה על דמי החתימה‪ ,‬נכון קבלתי בעש"ק העבר‪ ,‬אך לא יכולתי‬ ‫להשיב בו ביום‪ ,‬ואחר עד עתה‪ .‬חדוש שלא כתבת שום ד"ת‪ ,‬אין לנו‬ ‫שיור רק התורה הזאת‪ ,‬כי כל הדברים יגעים ואין לומר בהם שיור כי אין משתייר‬ ‫מהם כלום‪ ,‬רק בתוה"ק יש שיור‪ ,‬וכמו שהסביר לנו המהר"ל מפראג ז"לזט שאין‬ ‫דל‬ ‫זט ז"ל המהר"ל בספרו תפארת ישראל פרק י"ד‪ :‬וביאור הענין זה כי המצוה תקרא נר‪,‬‬ ‫מפני שהנר האור שלו נתלה בגוף השמן והפתילה ומפני כך אינו אור גמור‪ ,‬וכן‬ ‫המצוה נתלה במעשה האדם שעשה על ידי גופו ואין המצוה דבר נבדל לגמרי‬ ‫בשביל זה‪ ,‬אבל התורה שאינה נתלה בגוף והוא שכל נבדל בלבד‪ ,‬לכך תקרא‬ ‫התורה אור כי האור הוא נבדל לגמרי אינו נתלה בגשם‪ .‬וידוע שכל דבר שהוא‬ ‫בגוף הוא בזמן וכל דבר שאינו בגוף אינו תחת הזמן‪ ,‬ולכך אמר שהמצוה לפי‬ ‫שעה דהוא הזמן שהאור אלהי שהוא במצוה הוא נתלה בגוף כמו האור שהוא‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫לזמן שום חבור אם לא ע"י התוה"ק כי הזמן אינו מציאות כשאר גשם והוא רק‬ ‫כמו שלד שאם ממלאים חיותו בבשר גידין ועצמות הרי נעשה גוף שלם‪ ,‬ולא‬ ‫באופן אחר‪ .‬אבקשך שכעת תכתוב לי מכתב שיש בו שיריים‪.‬‬ ‫בטח קבלת מתנת כ"ק חותני הגה"צ שליט"א ‪ -‬ס' מנחת חינוך ‪ -‬הפוך בי' והפוך‬ ‫בי' דכולא בי' (אבות פרק ה' משנה כ"ב)‪ ,‬ועי' בלשונו הזהב של החינוך בפרשתנו‬ ‫מצוה ת"א‪ ,‬וכדי להבין על בוריו צריכים מקודם לראות מצוה ט"ז‪ ,‬עיי"ש דיבוריו‬ ‫הקדושים המתוקים‪.‬‬ ‫מאפס הפנאי אקצר ואומר לך שלו' וברכה ותוכל לשקוד על דלתי התוה"ק‬ ‫במנוחה וישוב הדעת בלי שום מפריע ח"ו ויהי' שלו' בעולםזי וכט"ס‬ ‫מעתה ועד עולם‪.‬‬ ‫המל"ח המברכך בשבתא טבא וכט"ס‪.‬‬ ‫ישכר בער הלוי‪.‬‬ ‫*‬ ‫תשובה מאת רבינו זי"ע על מכתב הנ"ל‬ ‫לחותנו כ"ק הגה"צ רבי ישכר בער הלוי ראטנבערג זצ"ל אבד"ק וואוידיסלוב‬ ‫ב"ה‬ ‫עש"ק מ"מ [=מטות מסעי] פה מאנסיחי יצ"ו‪[ .‬שנת תש"י לפ"ק]‪.‬‬ ‫בין המצרים‪ ,‬יזרח אור לישרים‪ ,‬ה"ה כבוד מחו' היקר ההגה"צ וכו' שליט"א‪.‬‬ ‫מכתבו הנעים הגיעני ביום ב' על נכון‪ ,‬ונהנתי מאד מהסברו בדברי המהר"ל‬ ‫מפראג ז"ל כי הוא דבר נכון מאוד‪.‬‬ ‫בנר הנתלה בגוף שהוא השמן והפתילה והוא לזמן‪ ,‬אבל התורה היא מיוחדת‬ ‫לאור שאין אור גשמי שאין בו דבר ממש וכך התורה היא שכל נבדל‪ ,‬ולפיכך‬ ‫התורה מגינה לעולם שהרי הדבר הנבדל מן הגשמי אינו נתלה בזמן‪ ,‬עכ"ל‪ .‬ועיין‬ ‫גם בספר נצח ישראל ריש פרק כ"ז‪.‬‬ ‫הל‬ ‫זי כנראה שהכוונה בברכה זו‪ ,‬כי ביום י' תמוז שנה הוא‪ ,‬התפרצה מלחמת בין צפון‬ ‫קאריע‪ ,‬בעזר מדינת רוסיא וכינע‪ ,‬לבין דרום קאריע‪ ,‬בעזר מדינת ארה"ב‪.‬‬ ‫וכידוע שאחר מלחמת העולם השניה חשבו שלא יהי' עוד מלחמות בין האומות‪,‬‬ ‫ומלחמה החדשה הזו עורר אז פחד גדול בין היהודים‪.‬‬ ‫חי רבינו זי"ע למד אז בבית מדרש עליון במאנסי שהיה תחת דגלו של הגאון רבי ראובן‬ ‫גראזאווסקי זצ"ל‪ .‬וראה בהערה הסמוך‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫ומה שתמה כמ"ח שליט"א על שלא כתבתי ד"ת‪ ,‬היא מחמת שטרוד אני בשיעורי‬ ‫דיומא וחס אני על הזמן ודעתי שטוב יותר ללמוד כמה דפין גמרא ותוס'‬ ‫ופוסקים מלעסוק בפלפולים‪ ,‬כמש"כ השל"ה הק' במס' שבועות (אות כ"ט‪-‬ל"ב)‪.‬‬ ‫אולם כדי למלאות רצון כמח' שליט"א אכתוב מה שנראה לי בסוגיא דפשטו‬ ‫קידושין בכולה‪.‬‬ ‫וכדי לבאר הענין מוכרח אני להעתיק הגמרא והאבני מילואים‪ .‬דאיתא בקדושין‬ ‫דף ז' אמר רבא התקדשי לי לחציי מקודשת‪ ,‬חצייך מקודשת לי אינה‬ ‫מקודשת וכו'‪ .‬ופריך וניפשטו קידושי בכולה‪ ,‬מי לא תניא וכו'‪ ,‬מי דמי התם‬ ‫בהמה הכא דעת אחרת‪ ,‬הא לא דמיא וכו'‪.‬‬ ‫והקשה האבני מילואים (סימן ל"א ס"ק י"ח) וז"ל‪ :‬דנהי דאיהי לא נתרצות אלא‬ ‫לחצי' מ"מ לחצי' הרי נתרצית‪ ,‬וא"כ נימא דתפשיט בכולה‪ ,‬דהא גבי‬ ‫הקדיש חצי' נמי לא נתרצה אלא לחצי' "וממילא" פשטו הקדש בכולה כיון‬ ‫דליכא מעכב דבהמה שלו‪ ,‬וה"נ מי מעכב על ידיהם כיון דשניהם המקדש‬ ‫והמתקדשת נתרצו לחצי' נימא דתפשוט קידושו בכולה‪.‬‬ ‫ובתוס' רי"ד הרגיש בזה וכתב ז"ל‪ :‬הכא דעת אחרת‪ ,‬פי' ואע"פ שהאשה נתרצית‬ ‫לקדש חצי גופה ונימא דתיפשוט קידושי בכולה גופה‪ ,‬מ"מ בלא דעת‬ ‫האיש אינה יכולה להתקדש וכיון שהדבר תלוי בשני דיעות לא פשטו אלא במה‬ ‫שפירשו‪ ,‬אבל בהמה שאין דעת אחרת שם פשטו קידושי בכולה‪ ,‬עכ"ל‪.‬‬ ‫אמנם מדברי תוס' נראה דלא סב"ל לחלוק בכך‪ ,‬דהקשו תוס' שם ע' ב' ד"ה‬ ‫חצייך בפרוטה ז"ל‪ :‬וא"ת ואמאי לא יועיל והא לא אמר לעיל דלא פשטו‬ ‫קידושין בכולה אלא משום דאיכא דעת אחרת ואינה מתרצות אלא למה‬ ‫ששומעת‪ ,‬אבל אם היינו יודעים שמתרצה בכולה פשטו קידושין בכולה‪ ,‬והכא‬ ‫גלי אדעתה שמתרצה בכולה‪ .‬וי"ל דאי הוי מיירי דאמר לה בלשון קידושין אין‬ ‫ה"נ דהוי פשטו קדושין בכולה‪ ,‬אבל הכא איירי דאמר לה הרי את מאורסת לי‪ ,‬או‬ ‫בחד מהנך לישנא דלעיל‪ ,‬עכ"ל‪.‬‬ ‫ואי נימא דהיכא דאי' שני דעות לא אמרינן כלל פשטו קידושין בכולה‪ ,‬א"כ לא‬ ‫הוי מקשי מידי‪ ,‬אע"כ דלא סברי כדברי תוס' רי"ד‪ ,‬וא"כ הדרא קושי' לדוכתי'‬ ‫דנהי דאיכא דעת אחרת הא נתרצות עכ"פ לחצי'‪ ,‬וא"כ מי מעכב על ידיהם‬ ‫שתפשוט קידושין בכולה וכמ"ש‪ ,‬עכ"ל [האבני מילואים]‪ ,‬ותריץ כדרכו‪ ,‬ומסיק‪:‬‬ ‫א"כ לפי מ"ש תוס' בסוגיין לא סברי כתוס' רי"ד‪ ,‬ומש"ה קשיא להו בהא דבעי‬ ‫ול‬ ‫חצייך בפרוטה וחצייך בפרוטה דיון דנתרצה לכולה א"כ פשטו קידושי בכולה‬ ‫"ממילא" כיון דליכא מעכב‪ ,‬ומחלקין בין לשון הרי את מקודשת וכו'‪ .‬וא"כ‬ ‫באומר הרי את מקודשת לחצאין לא מבעי דודאי פשטו קידושי בכולה כיון‬ ‫דנתרצית‪ .‬וא"כ קשה על הרמב"ם (הלכות אישית פרק ג' הלכה ט') דהוא כתב באומר‬ ‫לשון התקדשי וכו'‪ ,‬ונראה דס"ל כתוס' רי"ד וכו' עכ"ל‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫נ"ל דכונתו בשיטת תוס' רי"ד הוא כך‪ ,‬כיון דהחלות הקדש על חציי' הראשון‬ ‫א"א לחול כי אם בהסכמת שניהם‪ ,‬א"כ אין כח בקידושין הללו להתפשט‪,‬‬ ‫משא"כ בבהמה דבדעת אחד יכול לחול קידושי עלי'‪ ,‬אלים כחן להתפשט על‬ ‫כולה‪ ,‬וא"כ מדהוקשו התוס' גבי חצייך בפרוטה וכו' דנימא פשטו אע"ג שתלוי‬ ‫בדעת שניהם‪ ,‬נראה דלא סברי כתוס' רי"ד‪ .‬וא"כ לפי שיטת תוס' הקשה על‬ ‫הרמב"ם דהוא אומר בלשון התקדשו ואפ"ה הוי רק ספק קדושין‪ ,‬ותריץ‬ ‫דהרמב"ם כתוס' רי"ד‪.‬‬ ‫ולפע"ד נ"ל דאין כאן מחלוקת בין תוס' רי"ד עם תוס'‪ ,‬וגם יתורץ קושיתו על‬ ‫הרמב"ם‪ .‬והוא עפ"י שיטת תוס' ר"י הזקן דהא דאמרינן באומר רגלה‬ ‫של זו עולה הוי כולה עולה‪ ,‬הוא מטעם שדעתו על כולה והוא רוצה שהכל יהי'‬ ‫קודש‪ ,‬ובא הגזרת הכתוב ואומר אעפ"י שהוא לא אמר רק על מקצת מ"מ כיון‬ ‫דהרצון הוא על כולה על האמירה בלבד אמרינן שתתפשט‪ ,‬אבל אם גם ברצון‬ ‫דהיינו אם אמר בפירש שאין רצוני רק על חצי'‪ ,‬על זה לא אמרה תורה שתתפשט‬ ‫בע"כ‪ .‬וא"כ לפ"ז יש לנו לומר שזה ג"כ כוונת תוס' רי"ד באומרו מ"מ בלא דעת‬ ‫האיש אינו יכולה להתקדש‪ ,‬פי' דאין אנו יכולים לומר גבה שדעתה על כולה‪ ,‬כי‬ ‫הדבר אינו תלוי רק בדעתה‪ ,‬וא"כ כשהבעל אומר לה חצייך מקודשת היא אינו‬ ‫רק כמסכמת על דבריו‪ ,‬ואיך אנו יכולים לומר דדעתה על כולה‪ ,‬כי היא אינה‬ ‫יכולה להתקדש יותר מרצון הבעל‪ ,‬ולפי שיטת תוס' ר"י הזקן לא אמרינן‬ ‫דתפשוט בע"כ‪ ,‬משא"כ קושיות תוס' הוא על הגמרא דלקמן חצייך בפורטה וכו'‪,‬‬ ‫ואז כשאמר לה על חצי' השני'‪ ,‬כבר דעתה ורצונה על כולה‪ ,‬וכן פרשו אחרונים‬ ‫דקושיות תוס' על חצי' השני'‪ ,‬וא"כ שפיר הקשו דנימא פשטו קידושין בכולה‬ ‫כיון דרצונה על כולה ואין כאן מחלוקת בין תוס' לתוס' רי"ד דהוא קאי על עמוד‬ ‫הקודם חצייך מקודשת לי שפיר תריץ כיון דתלוי בדעת שניהם‪ ,‬א"כ אין דעתה‬ ‫בכולה אז לא אמרינן בע"כ דתפשוט בכולה‪.‬‬ ‫וכדי לתרץ קושיתו על הרמב"ם דהוא אומר בלשון קידושין ואפ"ה הוי רק ספק‬ ‫קדושין‪ ,‬אע"ג דרצונה בכולה‪ ,‬נחקור מקודם חקירה אחת בשיטת ר"י הזקן‪,‬‬ ‫וזו צורתה‪ ,‬לשיטתו דלא אמרינן פשטו קידושין בע"כ אלא דוקא היכא דאיכא‬ ‫רצון‪ ,‬אי בעינן שיהא רצונו דוקא שבאמירה זו תתפשט בכולה אז דוקא אמרינן‬ ‫פשטו בכולה‪ ,‬אבל היכא דרצונו שיחול קידושי ע"י קנין אחר אע"ג שאין החסרון‬ ‫ברצון בענין חלות ההקדש רק באיזה קנין יחול ההקדש‪ ,‬אפ"ה לא אמרינן פשטו‬ ‫זל‬ ‫בע"כ‪ ,‬או דילמא דאנן לא בעינן רק רצון חלות ההקדש אבל מה שרצונו שיחול‬ ‫ע"י קנין אחר‪ ,‬על זה אמרינן פשטו בע"כ אפילו לשיטת ר"י הזקן‪.‬‬ ‫ונ"ל שזה תלוי במחלוקת תוס' והרמב"ם‪ ,‬דלהרמב"ם צריך שיהי' רצון אפילו‬ ‫באיזה קנין ואם רצונו שיחול ע"י קנין אחר דהיינו באומר חצייך בפרוטה‬ ‫וכו'‪ ,‬דאז חזינין דרצונו שיחול לא ע"י התפשטות כיון דאומר חצייך וחצייך אז לא‬ ‫אמרינן פשטו אפילו אין החסרון ברצון בעלות ההקדש‪ .‬מש"ה פסק דאפילו אמר‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫בלשון הקדש הוי רק ספק קידושין‪ ,‬אבל שיטת תוס' דאם רצונו להקדישם כולה‬ ‫ואין חסרון ברצון בענין חלות ההקדש אפילו אין רצונו שע"י התפשטות אז‬ ‫אמרינן פשטו בע"כ‪ ,‬מש"ה הקשו שפיר‪ ,‬ודו"ק‪.‬‬ ‫והצעתי הדבר לפני תלמידי הישיבהטי והוטב בעיניהם‪ .‬גם היה לי ישוב על‬ ‫השגת הראב"ד על הרמב"ם הנ"ל (פ"ד הלכה י')‪ ,‬אולם אח"כ מצאתי הדבר בל"מ‬ ‫ואין מן הצורך לכתוב‪.‬‬ ‫הנני כותב בחפזון גדול כי בא השמש‪.‬‬ ‫כ"ד מיל"ח דו"ש באה"ר ומחכה לשמוע ולהשמיע אך בש"ט‪.‬‬ ‫אברהם מנחם מענדל וואגשאהל‬ ‫ימחול נא כמ"ח שליט"א לפ"ש כבוד גיסו הה"ג מהו"ר מיכל שליט"אכ בשמי‪.‬‬ ‫טי רבינו זי"ע למד אז בבית המדרש עליון במאנסי למשך חמש שנים‪ .‬כשני שנים‬ ‫בבחרותו‪ ,‬ואחר נישואיו השתקע לדור שם במס"נ‪ ,‬אשר העיר היה אז כמדבר‬ ‫שממה‪ ,‬רק למען לימוד התורה‪ .‬אביו לא היה גר שם‪ ,‬ולא חותנו‪ ,‬רק קיים‬ ‫המאמר חז"ל "הוי גולה למקום תורה" במלוא מובן המלה‪.‬‬ ‫בבית מדרש עליון למד במשך השנים עם הגה"צ רבי שמעלקא טויבנפעלד‬ ‫זצ"ל‪ ,‬אבד"ק חרדים דחסידי סאטמאר מאנסי; הגה"צ רבי ישראל חיים‬ ‫מנשה פריעדמאן זצ"ל‪ ,‬ראב"ד קהל ייטב לב סאטאמאר; הגה"צ רבי משה‬ ‫הלברשטאם זצ"ל‪ ,‬אדמו"ר מקיוויאשד; הגה"צ רבי יונה פילאפף זצ"ל; הגה"צ‬ ‫רבי צבי מאיר גינזבערג זצ"ל יו"ר אגודת הרבנים; הגה"צ רבי שמחה שוסטאל‬ ‫זצ"ל‪ ,‬ר"י בית בנימין סטעמפערד קאנעטיקוט; הגה"צ רבי משה גרין זצ"ל‪,‬‬ ‫ר"י ישיבה דמאנסי; הגה"צ רבי יחזקאל הורוויץ זצ"ל‪ ,‬דומ"ץ וויען; הגה"צ רבי‬ ‫יהושע געלדצעהלער זצ"ל‪ ,‬בעמח"ס קדשי יהושע; ולהבחל"ח הגה"צ רבי צבי‬ ‫הערש הורוויץ שליט"א‪ ,‬האדמו"ר מסטריזוב; הגה"צ רבי יוסף צבי אילאוויטש‬ ‫שליט"א‪ ,‬אבד"ק שאמשאן‪ .‬ועוד‪.‬‬ ‫שם בבית מדרש עליון שרר רוח של תורה וטהרה וחסידות‪ ,‬ושם למד בהתמדה‬ ‫גדולה עד למאוד וממש לא פסק פומיה מגורסיה עד להפליא‪ .‬בחודש ניסן‬ ‫תשט"ו נסגר שערי הכולל‪ .‬וסיפר הגה"צ רבי יהושע געלדצעלער זצ"ל שגם‬ ‫הוא למד אז שם‪ ,‬שבעת סגירת הכולל היה שם י"ב אברכים יקרים‪ ,‬וכולם‬ ‫חיפשו משרה (פאסטן)‪ ,‬כמגיד שיעור וכעין זה‪ ,‬ורק רבינו היה היחידי שלא‬ ‫רצה לקבל עליו שום משרה‪ ,‬כי זה יפריע לו מהתמדתו בתורה‪ ,‬והשתקע אז‬ ‫חל‬ ‫בעיר בארא פארק וקבע לימודו בהכולל "בית יוסף נאווארדיק"‪ ,‬והמשיך ללמוד‬ ‫בהתמדה רבה‪ .‬ומספר הגה"צ אבד"ק חוסט שליט"א (וומס"ב) ששמע מהגאון‬ ‫רבי אברהם יפה זצ"ל‪ ,‬הראש הכולל של נאווארדיק‪ ,‬שלא ראה מעולם אברך‬ ‫'חסידי' שילמוד כל כך בהתמדה כהאברך הזה‪ !...‬הרבה פעמים לא שם שינה‬ ‫לעיניו במשך הלילה‪ ,‬ורק הניח מעט לישון על ספסלי ביהמ"ד‪.‬‬ ‫כ הגה"צ רבי יחיאל מיכל מאסקאוויטש זצ"ל בנו של הרה"ק משאץ זצ"ל‪ .‬אחר מלחמת‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬לך‬ ‫כל ב"ב היקרים שיחי' יעמדו על הברכה‪.‬‬ ‫ואודות מתנת כ"ק חותנו שליט"א צריך אני לקבל המעות אצל ידידינו ר' נפתלי‬ ‫ליפשיץ שליט"א ולקנות לי הספר‪ ,‬אולם אין רצוני ליסע עבור זה לעיר‬ ‫כי יש בכאן המנחת חינוך‪ ,‬וגם קבעתי לי שיעור בכל שב"ק בבוקר‪ ,‬וכשאהי'‬ ‫אי"ד [אם ירצה השם] בעיר אקנה לי‪.‬‬ ‫הנ"ל‬ ‫‪4‬‬ ‫העולם השניה דר רבינו זי"ע באנטווערפן‪ ,‬ובשנת תש"ט נסע לאמעריקע‪ ,‬ועל‬ ‫הדרך עמדה הספינה בחוף העיר לונדון (ואז נכנס עם אמו הרבנית זצ"ל להגה"ק‬ ‫משאץ)‪ ,‬ושם עלה על הספינה גם הגה"צ רבי מיכל הנ"ל להשתקע באמעריקע‪,‬‬ ‫ועל הדרך היו להם שיעורים קבועים ולמדו בהתמדה רבה‪ .‬וכשהגיע לאמעריקע‬ ‫היה הוא השדכן שהציע את הבחור המתמיד שפגש על הספינה עבור בתו של‬ ‫גיסו הגה"צ מוואוידיסלוב זצ"ל‪ .‬וסיפר הגה"צ רבי יוסף חיים מאסקאוויטש‬ ‫זצ"ל האדמו"ר משאץ בוויליאמסבורג‪ ,‬בנו של רבי מיכל'י הנ"ל‪ ,‬שזוכר כשאביו‬ ‫דיבר על הטעלפאן והציע השידוך להגה"צ מוואוידיסלוב‪ ,‬אמר לו‪ :‬בחור כזה‬ ‫שעבר צרות יגון ואנחה במשך שש שנים במלחמת העולם השניה‪ ,‬ונתגלגל‬ ‫למדינת סיביר למשך כמה שנים‪ ,‬ואחרי ככלות הכל הוא לומד בהתמדה רבה‬ ‫כל כך‪ ,‬בחור כזה אין בנמצא‪.‬‬ ‫צו הערן די‬ ‫דברי כיבושין והתחזקות‬ ‫רופט ‪718-400-7790‬‬ ‫טל‬ ‫להערות והארות‪:‬‬ ‫‪845.459.5954‬‬ ‫‪zy‬‬ ‫לקבלת הקונטרס מדי שבוע‪:‬‬ ‫‪mechonshinova@gmail.com‬‬ ‫‪yz‬‬ ‫קול צהלה ורנה שפתינו אז תרננה‬ ‫מעומק לב מלא רגשי הוקרה והערכה‪ ,‬ביחד עם רגשי גיל‬ ‫וחדוה‪ ,‬שמחה וצהלה‪ ,‬נביע קול תודה וזמרה‪ ,‬וברכת מזלא‬ ‫טבא‪ ,‬קדם האי גברא רבא ויקירא‪ ,‬יקר רוח ורב תבונות‪,‬‬ ‫רבים נהנים ממנו עצה ותושי'‪ ,‬פזר נתן לאביונים להחזיק‬ ‫תורה‪ ,‬ירא ושלם‪ ,‬מורה ודאין‪ ,‬הרב הגאון הגדול המפורסם‬ ‫ה"ה ידידינו מוה"ר‬ ‫רבי שלמה האלפרין שליט"א‬ ‫בן ידידנו הרב רבי אהרן שליט"א‬ ‫שעמד לימין רבינו זי"ע במסירות נאמנה רבות בשנים וחיבה יתירה נודעת לו‬ ‫מגדולי התומכים להוצאת דברי תורתו של רבינו זי"ע מדי שבוע בשבוע‬ ‫ומה גם שלאחרונה נדב העצי חיים של כסף טהור לכבוד ולתפארת‬ ‫להספר תורה שנכתב לענרו"נ של כ"ק מרן רבינו זי"ע‬ ‫צו הערן די‬ ‫והתחזקות‬ ‫השרויה במעונו‬ ‫לרגלכיבושין‬ ‫השמחה הגדולה‬ ‫דברי‬ ‫‪718-400-7790‬בשעטומ"צ‬ ‫רופטבנישואי בתו תחי'‬ ‫ויהא רעוא מקדם אבוהון דבשמיא‪ ,‬בזכות מרן רבינו זי"ע‪ ,‬שהזיווג‬ ‫יעלה יפה יפה‪ ,‬קשר של קיימא‪ ,‬ויבנו ביחד בית נאמן בישראל‬ ‫לתפארת המשפחה הנכבדה‪ ,‬דורות ישרים ומבורכים הולכי בדרך‬ ‫אבות ועובדי ה' באמת ובתמים‪ ,‬בני חיי ומזוני רויחי‪ ,‬ויזכה לראות רוב‬ ‫תענוג ונחת דקדושה מכל יו"ח היקרים שיחי' שמחת הלב והרחבת‬ ‫הדעת בבריאות השלימות בגו"נ לאריכות ימים ושנים טובים וכט"ס‪.‬‬ ‫המברך מעומק הלב‬ ‫אוהבך ידידך מוקירך‬ ‫חיים מאיר וואגשאהל בשם 'מכון אמרי מנחם'‬ ‫‪zy‬‬