נעימות אליעזר - סקולען · Ne'imois Eliezer - Skulen — לך לך (2026-10-19)

אליעזר לך לך נעימות
©
כל הזכויות שמורות
למכון נעימות אליעזר סקולען בארה"ק
ואין רשות לצלם או לתרגם או להעתיק
למאגר מידע אפילו חלק מן הספר ללא אישור בכתב
לקחת חלק בהדפסת ספרי סקולען צור קשר במייל skulen3@gmail.com
copyright by mechon nemois eliezer skulen. beth shemesh.
in all countries subscribing to the international copyright union.
PRINTED IN ISRAEL
יצא לאור העולם ע"י
מכון נעימות אליעזר בארה"ק
053-415-2636
ב
אליעזר לך לך נעימות
הסכמת הרב קלמן ווייס שליט"א
מו"צ העדה החרדית
בס"ד כ"ז שבט תשפ"א
הנני בזה בשורות האלה לחזק ולאמץ את ידי הבה"ח החשוב והיקר
ירא שמים ובעל מדות תרומיות דבוק בלו"נ ברבותינו הק' מסקולען
זי"ע ולהבל"ח לכ"ק האדמורי"ם ממשיכי דרכם שליט"א
כמר אליעזר זוסיא רובין ני"ו
אשר ליקט ואיזן דבריהם הקדושים של האדמורי"ם מסקולען זצוק"ל
במשך שנים על ענינים שונים בתורה ועבודת השי"ת וכן במה
שהביאו מספה"ק תלמידי הבעש"ט הק' בענינים רמים אלו והבה"ח
החשוב הנ"ל תורגם אותם ללשון "האידיש" שיהא שימה בפיהם של
רבים אשר אינם מבינים בלה"ק
ונקרא שמו "נעימות אליעזר"
ודבר גדול מאד עשה בעמיו לקרב דבריהם הק' אשר מלאים ביר"ש
וקדושה בדברים היוצאים מלב טהור וקדוש שבודאי יכנסו ללבם של
ישראל לקרבם לעבוד"ה ולתורה וקדושה וע"כ גם ידי תכון עמו
להוציא לאור ספר הקדוש הזה ויזכה להפיץ תורתם בקרב ישראל
מתוך נחת ובריות גופא ברוב הצלחה וסייעתא דשמיא בכל הענינים
אמן:
הכו"ח לכבוד התורה וצדיקי הדור:
קלונימוס קלמן ווייס
ג
אליעזר לך לך נעימות
הסכמת אב"ד קאסאן שליט"א
מו"צ העדה החרדית
הנני מצטרף להנ"ל והשי"ת יעזור להרחיב גבולי הקדושה ויתקדש שם
שמים בעולם ובזכות זה נזכה בקרוב להתגלות מלך המשיח בב"א:
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א
דער אייבערשטער זאל העלפן אז מ'זאל זיך קענען מתחזק זיין און
מתרומם זיין אויפן דרך פון אונזערע הייליגע רבי'ס "לבית סקולען",
און אין סקולען איז דאך אסאך אסאך לייכטער זיך צו מתרומם זיין,
ווייל די זיס'קייט דארטן איז דאך גאר גאר הויעך און דערהויבן און
ליכטיג ,און איך בין זיכער אז פון אויבן וועלן זיי משפיע זיין שפע
עבודת השם פאר די אלע וואס וועלן לערנען אין דעם הייליגן ספר.
[והוסיף :ס'איז מיר שווער "נישט" צו חתמ'נען אויף אזאנ'ס].
יעקב בהה"צ מוהר"א זצללה"ה
ד
אליעזר לך לך נעימות
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א
הנני בזה לחזק ולאמץ ידי הבה"ח היקר זוכה ומזכה את הרבים
כמר אליעזר זוסיא רובין נרו יאיר ויזרח
יהי ד"א עמו בכל אשר יפנה ,ויצליח דרכו הטובה על דרך רבותיו
הקדושים אשר האירו את ישראל בנועם אמרותיהם וזמירותיהם,
ויזכה לראות ברכה בעמלו מתוך הרחבת הדעת וטוב לב תמיד
לאויושט"א:
ה
הסכמת כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א
ה
אליעזר לך לך נעימות
ו
אליעזר לך לך נעימות
הסכמת רב דקהל אש תמיד בני ברק שליט"א
הנני באתי להמליץ טוב עבור הבה"ח חסידא ופרישא המפורסם
בתורותיו ומידות הטובות והישרות מתאבק באפר רגליהם כל צדיקי
הדור ובפרט כ"ק האדמורי"ם מסקולען
ה"ה שמו הולך לפניו
מוהר"ר אליעזר זוסיא רובין שליט"א
יה"ר שיזכה תמיד להפיץ מעינתיו חוצה ויזכה תמיד את הרבים בטוב
טעם ודעת ואך טוב וחסד ירדפוהו כל ימי חייו בחן של טעם זקנים
ויזכה במהרה לקבל פני משיח צדקנו אמן בב"א:
ידידו המכבדו בלב טוב
ורבינו זצ"ל היה אומר תמיד ,שלפני שהולכים ללמוד צריכים
לכוון לקיים מצות לימוד התורה ,כי הרי מצות צריכות כוונה,
וממילא וצריך אדם לומר קודם הלימוד בפה מלא:
של או ַריְ י ָתא ֶׁ שה ְ ּד ֹ ה ֲֵרינִ י מ ּוכָ ן ּו ְמז ּו ָמן לְ ַקיֵם ִמ ְצוַ ת ֲע ֵ
ש ּ ָכת ּוב ּ ַב ּת ֹו ָרה ּולְ מַ ְד ּ ֶׁתם א ָֹתם מו ֶׁ לִ ּמ ּוד הַ ּת ֹו ָרה ְּכ ֹ
שה ִמ ְצוָ ה ז ּו ְּכ ֵדי לְ ַק ּיֵם עו ֶׁ
ּו ְשמַ ְר ּ ֶׁתם ַל ֲעש ָֹתם וַ ה ֲֵרינִ י ֹ
ִמ ְצוַ ת ּב ֹו ְר ִאי ּו ְכ ֵדי ַל ֲעש ֹֹות נַחַ ת ר ּוחַ לְ הַ ּב ֹו ֵרא יִ ְת ּ ָב ַר ְך
שם ּ ָכל יִ ְש ָר ֵאל: מו ְּב ֵ
ְש ֹ
יך ה ּוא ּו ְש ִכינְ ּ ֵת ּה ִּב ְד ִחיל ּו ּו ְר ִחימ ּו שא ְּב ִר ְ שם יִ ח ּוד קֻ ְד ָ לְ ֵ
שם שם י"ה ְּבו"ה ְּביִ ח ּו ָדא ְשלִ ים ְּב ֵ ּו ְר ִחימ ּו ּו ְד ִחיל ּו לְ יַ חֵ ד ֵ
שה יָ ֵדינ ּו יהי נ ַֹעם יְ הֹוָ ה אֱ לֹהֵ ינ ּו ָעלֵינ ּו ּומַ ֲע ֵ ּ ָכל יִ ְש ָר ֵאלִ :ו ִ
שה יָ ֵדינ ּו ּכ ֹונְ נֵה ּו: ּכ ֹונְ נָ ה ָעלֵינ ּו ּומַ ֲע ֵ
ז
אליעזר לך לך נעימות
וכ"ק מרן רבינו זצ"ל
היה אומר תמיד בכל הזדמנות:
אז" :לְ כ ּו ָבנִ ים" – אז ווען איר גייט
אוועק פון די התעוררות ,דעמאלט'ס:
"ש ְמע ּו לִ י" – דעמאלט'ס זאל אייך
ִ
קלונגען אין די אויער'ן דאס וואס איר
האט דא געהערט!..
ווייל בשעת ווען איר זענט דא,
דעמאלט'ס זעה איך דאך שוין אליין
אז איר הערט מיך אויס ,נאר ווען
איר גייט "אוועק" ..דעמאלט'ס זאל
אייך קלונגען אין די אויער'ן דאס
וואס איר האט דא געהערט!..
ח
אליעזר לך לך נעימות
הקדמה
י'שמחו ה'חסידים ו'יגילו ה'משתוקקים לראות אור כי טוב מאמרי קודש
מרז"ל קדושים אשר בארץ המה ,ובשבח והודאה להשי"ת שהחיינו
וקימנו והגיענו לזמן הזה אני מודה ומשבח לאדון כל על שזכיתי לגמור
ספר "נעימות אליעזר" על התורה ומועדים באידיש אשר מיוסד על
דברי חז"ל ועל דברי רבותינו הקדושים תלמידי הבעל שם טוב הק'
ותלמידי המגיד זצוק"ל ,כדי שכל יהודי פשוט יזכה לשאוב מתורתם של
רז"ל אשר מפיהם אנו חיים כל ימינו על אדמתינו ,וכדי שכל יהודי פשוט
יזכה לדעת את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
והרי כבר ידוע ליודעי חן ,כי אמרו רז"ל (יבמות צ"ז ).על כל האומר דבר
שמועה מפיהם ששפתותיו דובבות בקבר ,ובספר חסידים (ס' רכ"ד)
איתא שהם מתפללין עליו שם וממליצים טובה עליו עכלה"ק.
ומודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי אשר זכיתי להוציא לאור ספר
"נעימות אליעזר" על התורה ומועדים באידיש אשר מטרתו של הספר
הוא אך ורק שכל יהודי יזכה לחיות עם "שויתי ה' לנגדי תמיד" בכל רגע
ורגע ולקיים "בכל דרכיך דעהו" במלא מובן המלה.
וברוך הוא אלקינו אשר נתן סיעתא דשמיא בעמלי וזכיתי לראות ברכה
בעמלי ,אשר אחרי שנים רבות וארוכות זכיתי לברך על המוגמר ולזכות
את הרבים בדברים פשוטים וברורים נראים לעינים בעניני עבודת השם
יתברך תורה ותפילה ומידות טובות וישרות ,ואכן שמע אלקים מתוך
סיעתא דשמיא אשר הרגשתי בה על כל צעד ושעל במהלך חיבור ספר
זה ,ומתוך שבח והודיה להשי"ת על כל הטוב אשר גמלני ,הנני עומד
עתה ב"פתח השער" ומתחנן לפני בורא כל עולמים שכה יתן ה' וכה
יוסיף ויזכני להעלות דבר נאה ומתוקן על שולחן חכמים ,ולהוסיף דעת
ט
אליעזר לך לך נעימות
ותבונה ויראת ה' טהורה בתוך לבבות ישראל ,ואל יצא מתחת ידי שום
מכשול חס ושלום ,רק יחזק את האמונה ואת הניצוץ היהודי אשר נמצא
בתוך כל אחד ואחד מישראל ,ובעזרת השם יתברך יהיה לתועלת
הרבים ,ובפרט לבחורי ואברכי חוץ לארץ שיותר קל להם ללמוד ספרים
"באידיש" ,והרי כבר כתוב בתורתינו הק' בפרשה וילך (ל"א פ' י"ט):
"ועתה כתבו לכם את השירה הזאת ולמדה את בני ישראל שימה
בפיהם" ,פירוש שכל יהודי יזכה להבין ולהשכיל את התורה בשפה
שהוא מבין טוב.
וכאן המקום לציין שכל הספר מתחילה עד הסוף נעשית ע"פ הוראת
והדרכת גדולי ישראל על כל צעד ושעל ,וזהו אינו רק ספר לקריאה
גרידא ,כי אם גם ספר של לימוד התורה באמת ,יען כי הרי זה משפיע
יראת שמים במדה גדושה על לבבות ישראל.
וכאן המקום להודות ולהלל לכל האנשים שעזרו ותרמו ותמכו למען
הוצאת ספר זה ,יהי רצון מלפני אבינו שבשמים שיזכו לראות אך ורק
תענוג ונחת דקדושה מכל יוצ"ח ,ויזכו לראות בנים ובני בנים עוסקים
בתורה ובמצות באמת לאויושט"א.
ובצאתי אפרוש כפי אל ה' בתפילה שאזכה לישב באהלה של תורה
ולהרביץ תורה ויראה כל ימי חיי ,ואזכה לעבוד את השם יתברך
בשמחה ובטוב לבב מרוב כל מתוך שמחה של מצוה יחד עם כל
ישראל ,ואזכה להיות מאלו שמוסיפים יופי לכתר הגדול שנקרא
תפארת ישרא"ל זרע אברה"ם אוהבו ,מתוך הרחבת הדעת ומנוחה,
ומתוך בריות גופא ונהורא מעליא ,עדי נזכה בקרוב ליעוד הנביא ומלאה
הארץ דעה את ה' וברחמים גדולים אקבצך בביאת גואל צדק ובבנין
בית המקדש השלישי במהרה בימינו אמן:
י
אליעזר לך לך נעימות
לֶ ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך
וַ ּיֹאמֶׁ ר יהו-ה ֶׁאל ַא ְב ָרם ל ְֶׁך לְ ָך מֵ ַא ְר ְצ ָך וגו' :עס איז כדאי ָאן צו
מערקן ,אז עס איז נאר דא צוויי מאל אין דער הייליגער תורה הק' וואו עס
ווערט דערמאנט די ווערטער" :לְֶך לְ ָך" ,און די צוויי פלעצער זענען ווי
פאלגענד.
א) איין מאל "אין די וואכעדיגע פרשה" ווי דער אייבערשטער זאגט דא פאר
ַארצְ ָך וגו' – אז ער זאל אוועק גיין פון זיין
אברהם אבינו אז" :לְֶך לְ ָך" מֵ ְ
לאנד און פון זיין געבורט'ס פלאץ און פון זיין טאטנ'ס שטוב.
ב) און די צווייטע פלאץ וואו עס ווערט דערמאנט די ווערטער" :לְֶך לְ ָך"
איז ,ביי "עקידת יצחק" ,ווייל דארטן ביי די עקידה שטייט דאך אויך דעם
לשון ,אז דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם אבינו אז:
"וְ לְֶך לְ ָך" אֶ ל אֶ ֶרץ הַ מֹּ ִריָּה – אז ער זאל גיין צו די פלאץ וואס הייסט:
"מֹּ ִריָּה" ,און ער זאל דארטן ארויף ברענגען זיין זוהן יצחק פאר א" :קָּ ְרבָּ ן
עֹּ לָּה עַ ל גַבֵ י הַ ִמזְ בֵ חַ ".
אבער עס איז דא איין גרויסע נפקא מינה צווישן די צוויי פלעצער ,ווייל אין
פרשת לך לך שטייט אין פסוק דעם לשון ,אזַ :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך
ַארצְ ָך" – אז דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם "מֵ ְ
אבינו אז ער זאל ארויס גיין "פון" זיין לאנד ,אבער משא"כ ביי די פרשה פון
די עקידה שטייט אין פסוק דעם לשון ,אז :וְ לְֶך לְ ָך "אֶ ל" אֶ ֶרץ הַ מֹּ ִריָּה – אז
דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם אבינו אז ער זאל
יא
אליעזר לך לך נעימות
גיין" :אֶ ל" אֶ ֶרץ – "צו" א געוויסע לאנד ,און ממילא וואס איז די נפקא מינה
צווישן די צוויי פלעצער !?..פארוואס שטייט אין פרשת לך לך דעם לשון
ַארצְ ָך" ,און פארוואס שטייט ביי
אזַ :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך "מֵ ְ
עקידת יצחק אז דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם
אבינו אז :וְ לְֶך לְ ָך "אֶ ל" אֶ ֶרץ!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,ווייל א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג וויסן
און געדענקען ,אז מען קען נישט אלעמאל זיין א גרויסע "בעל מדריגה",
און מען קען נישט אלעמאל פליען אין די הימלען און זיין אויס געטוהן פון
דער וועלט ,ווייל דו ביזט גערעכט טאקע אז עס איז דא אמאל וואס א
ַארצְ ָך" ,און ער דארף טאקע
מענטש דארף וויסן צו מאכן דעם :לְֶך לְ ָך "מֵ ְ
זעהן זיך אפ צו רייסן אביסעל'ע פון זיין נידריגע "ארציות" און פון זיין
נידריגע "גשמיות" ,און זיך דער נענטער'ן צום אייבערשטן.
אבער פון די אנדערע זייט דארף דאך אבער א מענטש אויך וויסן ,אז מען
דארף אמאל אויך קענען מאכן דעם :וְ לְֶך לְ ָך "אֶ ל" אֶ ֶרץ – א מענטש דארף
דאך אבער אויך פארשטיין ,אז עס איז דא אמאל א מצב וואס מען מוז
דעמאלט'ס צוריק אריין גיין "אין" די גשמיות'דיגע לעבן און מען קען נישט
דעמאלט'ס פליען אין די הימלען ,ווי למשל ..ווען א פרעמד'ע גאסט קומט,
ווייל ווען א פרעמד'ע גאסט קומט ,און דער גאסט שעמט זיך דאך
דעמאלט'ס גאר שטארק צו עסן ,ווייל ער זעהט דאך דעמאלט'ס אז דער בעל
הבית פון דעם שטוב עסט דאך נישט גארנישט ,נאר ער איז זיך מסגף ,און
ער פראווע'ט דעמאלט'ס גאר גרויסע עבודות ,און ביי אזא פאל שעמט זיך
יב
אליעזר לך לך נעימות
דאך דער גאסט גאר שטארק צו זיין דער איינציגסט'ער וואס עסט פון די
מאכלים אויפן טיש.
און דעמאלט'ס זאגט דיר דער הייליגער תורה הק' ָאן ,אז יעצט דארפסטו
מקיים זיין דעם :וְ לְֶך לְ ָך "אֶ ל" אֶ ֶרץ – יעצט דארפסטו צוריק אריין טאנצן
אין דעם טעלער אריין און זיכער מאכן אז דיין גאסט איז באקוועם צו עסן,
ווייל אויב דו וועסט נישט עסן יעצט ,נאר דו וועסט זיך יעצט מסגף זיין מיט
גרויסע סיגופים ,וועט דאך דעמאלט'ס דיין גאסט שפעטער אהיים גיין
הונגעריג ,ווייל דיין גאסט וועט דאך ענדערש אהיים גיין הונגעריג ווי
איידער צו ווערן פארשעמט און עסן פון די מאכלים וואס ליגט אויפן טיש
כידוע ליודעי דבר.
און ממילא דעמאלט'ס זאגט דיר דער הייליגער תורה הק' ָאן ,אז יעצט
דארפסטו מקיים זיין דעם :וְ לְֶך לְ ָך "אֶ ל" אֶ ֶרץ – יעצט דארפסטו צוריק אריין
טאנצן אין דעם "ארציות" און אין דעם "גשמיות" ,און יעצט דארפסטו זעהן
צו עסן נארמאל כדי אז דיין גאסט זאל שפירן באקוועם צו עסן ,און ער זאל
חס ושלום חס ושלום נישט אהיים גיין הונגעריג.
ַארצְ ָך" מיט דעם :וְ לְֶך
און ממילא דאס איז די חילוק צווישן דעם :לְֶך לְ ָך "מֵ ְ
לְ ָך "אֶ ל" אֶ ֶרץ ,ווייל בשעת ווען דו ביזט אליין ,און אלעס גייט אויף דיין
אייגענעם חשבון ,דעמאלט'ס קענסטו טאקע פלוצלונג ווערן א" :מַ לְ אָּ ְך"
פון איין מינוט אויפן צווייטן און פליען און די הימלען געזונטערהייט און
ַארצְ ָך" ,און דו קענסט זיך דעמאלט'ס אויס טוהן פון
מאכן דעם :לְֶך לְ ָך "מֵ ְ
די גאנצע "ארציות" פון דער וועלט ,און דו קענסט זיך דעמאלט'ס אויס
טוהן פון די גאנצע "גשמיות" פון דער וועלט.
יג
אליעזר לך לך נעימות
אבער ווען עס קומט אריין א "גאסט" צו דיר אין שטוב [וואס איז אביסל
פרעמד] ,מוזטו דאך דעמאלט'ס גלייך ווערן אויס" :מַ לְ אָּ ְך" ,און דו מוזט
זיך דאך דעמאלט'ס גלייך צוריק אריין ווארפן אין די "ארציות" פון דער
וועלט ,און דו מוזט זיך דאך דעמאלט'ס גלייך צוריק אריין ווארפן אין די
"גשמיות" פון דער וועלט ,אבער דו ווייסט פארוואס דו מוזט זיך
דעמאלט'ס גלייך צוריק אריין ווארפן אין די "גשמיות" פון דער וועלט!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,כדי אז דיין גאסט זאל חס ושלום נישט אהיים גיין
הונגעריג ,נאר ער זאל עסן צו די זעט ,און" :יֹּאכְ לּו ֲענָּוִ ים וְ י ְִשבָּ עּו" ,און אזא
סארט "עסן" הייסט דאך אויך "געדינט דעם אייבערשטן".
און עס האט טאקע אמאל פאסירט אזא מעשה ביי איינער פון די גרויסע
צדיקים ,אז א גאסט איז עפעס פלוצלונג ָאן געקומען צו דעם צדיק אין
שטוב נאכן זמן כניסת שבת ,און דער צדיק האט דאך דעמאלט'ס
[פארשטייט זיך] גלייך געברענגט" :ט ֹּועֲמֶ יהָּ " פאר זיין גאסט.
אבער דער גאסט האט אבער נישט געוואלט עסן דעמאלט'ס ,ווייל ער האט
געזעהן ..אז דער צדיק עסט דאך שוין מער נישט דעמאלט'ס ,און ממילא
האט דער גאסט געטראכט ,אז ַאה ..מסתמא מעג מען שוין מער נישט עסן
יעצט.
און כדי צו ווייזן פאר דעם גאסט אז מען מעג נאך דעמאלט'ס עסן און
טרינקען ,האט זיך דעמאלט'ס דער צדיק ווידער אמאל געזעצט צום טיש,
און געגעסן און געטרינקען [נאך אביסל] ,כדי אז דער יוד זאל זיך שפירן
באקוועם צו עסן און צו טרינקען צו די זעט.
יד
אליעזר לך לך נעימות
און די ווערטער" :ט ֹּועֲמֶ יהָּ חַ יִ ים זָּכּו" – איז דאך טאקע אויך גימטריא:
"סָּ פֵ ק" [מיטן כולל] ,ווייל יא ר' יוד ,טאקע וויבאלד דער יוד האט געהאט
א" :סָּ פֵ ק" אויב מען מעג נאך דעמאלט'ס עסן" :ט ֹּועֲמֶ יהָּ חַ יִ ים זָּכּו" ,טאקע
דערפאר האט זיך דער צדיק ווידער אמאל געזעצט צום טיש און געגעסן נאך
אמאל" :ט ֹּועֲמֶ יהָּ חַ יִ ים זָּכּו" ,און זיי האבן טאקע דעמאלט'ס ביידע זוכה
געווען צו" :ט ֹּועֲמֶ יהָּ חַ יִ ים זָּכּו".
און אזא סארט "עסן" הייסט דאך אויך "געדינט דעם אייבערשטן" ,ווייל יא
ר' יוד ,דו קענסט עסן א פיינע געשמאקע סעודה ביי דיר אין שטוב צוזאמען
מיט דיינע געסט ,און אין די זעלבע צייט קענסטו דאך דעמאלט'ס אויך
מקיים זיין גאר גאר א גרויסע אמת'ע" :עֲבו ָֹּּדה תַ מָּ ה ּותְ ִמימָּ ה" וואס איז
דאך" :בוֹּקַ עַ ת וְ ע ֹּולָּה עַ ד כִ סֵ א הַ כָּבוֹּד":
ֹּאמר יהו-ה ֶאל ַא ְב ָרם לֶ ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך
וַ י ֶ
וַ ּיֹאמֶׁ ר יהו-ה ֶׁאל ַא ְב ָרם ל ְֶׁך לְ ָך מֵ ַא ְר ְצ ָך ּו ִמ ּמ ֹול ְַד ְּת ָך ּו ִמ ּ ֵבית ָא ִב ָ
יך
ֶׁאל הָ ָא ֶׁרץ אֲ ֶׁשר ַא ְר ֶׁא ּךָ :ווען מען לערנט דעם פסוק פוןַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה
ּומבֵ ית ָאבִ יָך" וגו' ,שטעלט זיך דאך
ּוממ ֹּול ְַדתְ ָך ִ
ַארצְ ָך ִ
אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך מֵ ְ
לכאורה א מורא'דיגע קשיא ,ווייל סתם אזוי ווען א מענטש וויל זאגן פאר
זיין חבר אז ער זאל פאר לאזן זיין לאנד ,זאגט ער דאך איהם דעמאלט'ס
דעם לשון ,אז ..זיי מוחל ר' יוד ,און פאר לאז דיין היים [דיין טאטנ'ס
שטוב] ,און פאר לאז אויך די פלאץ וואו דו ביזט געבוירן געווארן און אויף
געוואקסן ,און פאר לאז אויך אינגאנצן דיין לאנד וואו דו האסט געוואוינט
ביז היינט ,און גיי אויף יענע און יענע פלאץ.
טו
אליעזר לך לך נעימות
אבער דא ווען דער אייבערשטער האט געהייסן פאר אברהם אבינו צו גיין,
האט ער דאך איהם געזאגט דא פונקט פארקערט ,ווייל קודם האט דאך דער
ַארצְ ָך"
אייבערשטער געזאגט פאר אברהם אבינו אז ער זאל אוועק גיין" :מֵ ְ
– פון זיין לאנד ,און ערשט נאך דעם האט איהם דער אייבערשטער געזאגט
"ממ ֹּול ְַדתְ ָך" – פון די פלאץ וואו ער איז געבוירן
אז ער זאל אוועק גייןִ :
געווארן ,און ערשט נאך דעם האט איהם דער אייבערשטער געזאגט אז ער
זאל אוועק גיין פון זיין טאטנ'ס שטוב.
אבער לכאורה וואלט דאך דער אייבערשטער געדארפט זאגן פונקט
פארקערט ,ווייל דער אייבערשטער וואלט דאך לכאורה קודם געדארפט
"מבֵ ית ָאבִ יָך" – פון
זאגן פאר אברהם אבינו אז ער זאל קודם אוועק גייןִ :
"ממ ֹּול ְַדתְ ָך"
זיין טאטנ'ס שטוב ,און ערשט נאך דעם אז ער זאל אוועק גייןִ :
– פון די פלאץ וואו ער איז געבוירן געווארן ,און ערשט נאך דעם אז ער זאל
ַארצְ ָך" – פון זיין לאנד ,ווייל דאס איז דאך די נארמאל'ע
אוועק גיין" :מֵ ְ
שטייגער צו רעדן!?..
און ממילא פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט דא פאר אברהם אבינו
ַארצְ ָך" – פון זיין לאנד ,און ערשט נאך
אז ער זאל קודם אוועק גיין" :מֵ ְ
"ממ ֹּול ְַדתְ ָך" – פון די פלאץ וואו ער איז געבוירן געווארן ,און ערשט
דעםִ :
"מבֵ ית ָאבִ יָך" – פון זיין טאטנ'ס שטוב ,דאס איז דאך פונקט די
נאך דעםִ :
"פארקערט'ע" סדר ווי אזוי עס איז די געווענטליכ'ע סדר צו רעדן!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט
נישט גערעדט אויף די געווענטליכ'ע סדר ווי אזוי מענטשן רעדן איז ,ווייל
מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז דער הייליגער תורה הק' איז דאך
טז
אליעזר לך לך נעימות
נישט קיין מעשה ביכל ח"ו וואס קומט אונז דערציילן אז דו זאלסט וויסן..
אז אברהם אבינו איז ארויס געגאנגען פון דא און פון דא און פון דא און פון
דא ,נאר דער הייליגער תורה הק' קומט אונז דא ארויס ברענגען א אנדערע
נקודה אינגאנצן ,דער הייליגער תורה הק' קומט אונז דא ארויס ברענגען ,אז
דער אייבערשטער האט דוקא קודם געזאגט פאר אברהם אבינו אז ער זאל
ַארצְ ָך" – פון זיין "ארציות" – פון זיין "גשמיות".
קודם ארויס גיין" :מֵ ְ
ווייל כדי צו קענען אריין גיין אין" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" מוז מען דאך לעבן מיט א
ָארץ",
"קדשַ ת הָּ ֶ
רוחניות'דיגע גייסט ,ווייל אין" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" איז דאך דאְ :
"קדּושָּ ה".
און גאנץ" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" איז דאך איין שטיקְ :
אזוי ווי מיר זעהען דאך שוין טאקע בפירוש ביי יעקב אבינו בשעת ווען ער
האט גע'חלומ'ט דעם חלום מיטן לייטער ,אז גלייך נאך דעם וואס דער
אייבערשטער האט איין געוויקל'ט גאנץ" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" אונטער יעקב
אבינו ,האט זיך דעמאלט'ס יעקב אבינו גלייך ָאן גערופן הויעך און געזאגט,
אזָ" :אכֵן יֵש יהו-ה בַ מָּ קוֹּם הַ זֶה" – אז עס איז זיכער אז עס איז דא אין דעם
פלאץ" :הַ ְש ָּרַאת הַ ְשכִ ינָּה" ,ווייל יא ר' יוד ,גאנץ" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" איז דאך
"ַאדמַ ת קו ֶֹּדש הּוא" –
"ַאדמַ ת קו ֶֹּדש הּוא" !..און די ווערטערְ : איין שטיקְ :
איז דאך טאקע אויך גימטריא" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל לַה'".
און ממילא וועגן דעם האט דער אייבערשטער דא געזאגט פאר אברהם
ַארצְ ָך" – פון דיין
אבינו אזוי ,אז די ערשטע זאך מוזטו קודם ארויס גיין" :מֵ ְ
"ארציות" און פון דיין "גשמיות" ,ווייל גאנץ" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" איז דאך איין
"קדּושָּ ה" ,און ממילא וועגן דעם מוזטו דאך אויך קודם זיכער מאכן
שטיקְ :
אז דו לעבס'ט טאקע באמת מיט א אמת'ע רוחניות'דיגע גייסט.
יז
אליעזר לך לך נעימות
און די ווערטערַ" :אבְ ָּרם לְֶך לְ ָך" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :גֶשֶ ם",
ווייל יא ר' יוד ,דאס האט דא דער אייבערשטער געזאגט פאר אברהם אבינו,
אזַ" :אבְ ָּרם לְֶך לְ ָך" – אז גיי ארויס פון דיין" :גֶשֶ ם" ,און גיין ארויס פון דיין
"ארציות" ,און גיי ארויס פון דיין "גשמיות" ,און הייב ָאן צו לעבן א
העכער'ע סארט לעבן.
[און פארשטייט זיך אז מיר האבן דאך נישט קיין שום השגה אין דעם גרויסן
הייליגן צדיק "אברהם אבינו" ,אבער על כל פנים ..לויט דאס וואס עס ווערט
געברענגט אין די ספרים הק' ,האט דאס דער אייבערשטער געוואלט דא
זאגן פאר דעם גרויסן הייליגן צדיק "אברהם אבינו"].
ַארצְ ָך" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :אֱמֶ ת"
און די ווערטער" :לְֶך לְ ָך מֵ ְ
[מיט דעם אות יו"ד – מיט דעם יודיש קינד אליין] ,ווייל יא ר' יוד ,אויב
גייסטו ארויס פון דיין "ארציות" און פון דיין "גשמיות" ,וועסטו דעמאלט'ס
קענען זוכה זיין צו צו קומען צום" :אֱמֶ ת" ,צו דעם הייליגן" :תו ַֹּרת אֱמֶ ת",
און צו דעם הייליגן" :יהו-ה אֱֹלקֵ יכֶם אֱמֶ ת".
ווייל אויב א מענטש איז גאר שטארק "מגושם" ,דעמאלט'ס איז דאך איהם
שוין גאר שווער צו צו קומען צום ריכטיג'ן" :אֱמֶ ת" ,ווייל זיין "גשמיות"
שטערט דאך איהם דעמאלט'ס פון דערגרייכן דעםֱ " :אמֶ ת".
ַארצְ ָך" [מיטן כולל] – איז
און די ווערטערַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך מֵ ְ
דאך טאקע אויך גימטריא" :י ְִרַאת שָּ מַ יִם" [מיט די אכט אותיות] ,און די
ּוממ ֹּול ְַדתְ ָך" [מיט די פיר ווערטער] – איז דאך
ַארצְ ָך ִ
ווערטער" :לְֶך לְ ָך מֵ ְ
טאקע אויך גימטריא" :י ְִרַאת שָּ מַ יִם" ,ווייל יא ר' יוד ,אויב א יודיש קינד איז
יח
אליעזר לך לך נעימות
ַארצְ ָך" ,און ער גייט טאקע
מקיים דעםַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך מֵ ְ
באמת ארויס פון זיין "ארציות" און פון זיין "גשמיות" ,קען ער דעמאלט'ס
זוכה זיין צו צו קומען צו" :י ְִרַאת שָּ מַ יִם".
ווייל ווי מער די גוף פון א מענטש איז "מגושם" ,אלץ שווערער איז איהם
צו האבן" :י ְִרַאת שָּ מַ יִם" ,און ווי ווייניגער די גוף פון א מענטש איז
"מגושם" ,אלץ גרינגער איז איהם צו האבן" :י ְִרַאת שָּ מַ יִם".
אבער על כל פנים ..דאס איז די ערשטע זאך וואס דער אייבערשטער האט
דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,ווייל די ערשטע זאך וואס דער אייבערשטער
ַארצְ ָך" –
האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו איז דאך געווען ,אז" :לְֶך לְ ָך מֵ ְ
אז די ערשטע זאך מוזטו קודם ארויס גיין פון דיין "ארציות" און פון דיין
"קדּושָּ ה" ,און
"גשמיות" ,ווייל גאנץ" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" איז דאך איין שטיקְ :
ממילא וועגן דעם מוזטו דאך אויך קודם זיכער מאכן אז דו לעבס'ט טאקע
באמת מיט א אמת'ע רוחניות'דיגע גייסט ,און דו ביזט נישט ח"ו מגושם,
"קדּושָּ ה"
ווייל נאר אזוי וועסטו קענען זוכה זיין מקבל צו זיין די גרויסעְ :
"קדּושַ ת אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל".
וואס רופט זיךְ :
און די צווייטע זאך וואס דו האסט צו טוהן איז ,אז דו דארפס'ט אויך זיכער
"ממ ֹּול ְַדתְ ָך" – פון דיין "רגילות" ,ווייל ווען א מענטש
מאכן ארויס צו גייןִ :
ווערט געבוירן ,ווערט ער דאך דעמאלט'ס געבוירן מיט גאר גאר אסאך
באקוועמליכקייטן און "רגילות" ,און ער מיינט נאך דעמאלט'ס נעבעך אז
אלעס וואס זיין הארץ גלוסט מוז ער טאקע באקומען ,און בכלל ..ווייסן מיר
דאך שוין אלע זייער גוט ,אז חז"ל (ברכות דף :ה' ע"א) זאגן דאך אונז שוין
ִסּורין".
בפירוש ,אז :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל נ ְִקנֵית "בְ י ִ
יט
אליעזר לך לך נעימות
און ממילא וועגן דעם האט דער אייבערשטער דא געזאגט פאר אברהם
אבינו אז ער מוז אויך אפ לאזן זיין" :מ ֹּול ְַדתְ ָך" – זיין באקוועמ'ע מהלך
ִסּורין" ,און ממילא
החיים ,ווייל" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" איז דאך נאר :נ ְִקנֵית "בְ י ִ
וועגן דעם האט דער אייבערשטער דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז דו
זאלסט אויך זעהן ארויס צו גיין פון דיין "רגילות" און פון דיינע
"ממ ֹּול ְַדתְ ָך" – פון דיינע
באקוועמליכקייטן וואס עס איז דיר נאך געבליבןִ :
יונגע יארן פון ווען דו ביזט געבוירן געווארן.
און ערשט נאך דעם האט דער אייבערשטער [כביכול] געקענט זאגן פאר
"מבֵ ית ָאבִ יָך" – פון זיין
אברהם אבינו די "עצם" זאך אז ער זאל ארויס גייןִ :
ַאראֶ ךָּ" – און אז ערָארץ אֲשֶ ר ְ
טאטנ'ס שטוב ,און אז ער זאל גיין" :אֶ ל הָּ ֶ
זאל גיין צו די לאנד וואס איך וועל דיר שוין ווייזן ,און די ווערטער" :אֶ ל
ַאראֶ ךָּ" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :אֲוִ ָּירא אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל".
ָארץ אֲשֶ ר ְ
הָּ ֶ
און עס קומט דאך אויס פון דעם א מורא'דיגע זאך ,ווייל עס קומט דאך אויס
פון דעם גאנצן ענין דא ,אז דער אייבערשטער האט נישט סתם אזוי געזאגט
דא פאר אברהם אבינו אז ער זאל ארויס גיין פון דעם פלאץ און פון דעם
פלאץ און פון דעם פלאץ ,נאר אין א יעדע ווארט וואס דער אייבערשטער
האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו איז געלעגן באהאלטן אין דעם א
אנדערע כוונה ,און דאס אלעס איז געווען כדי ָאן צו גרייטן אברהם אבינו אז
ער זאל טאקע קענען אריין גיין אין דעם הייליגן לאנד" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל".
און דער אייבערשטער פארמאגט דאך שוין [כביכול] גאר גאר א שטארקע
ליבשאפט צו" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש
אין פסוק אין פרשת עקב (קפיטל י"א פסוק י"ב) ,אז" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" איז
כ
אליעזר לך לך נעימות
דאך א לאנד :אֲשֶ ר יהו-ה אֱֹלקֶ יָך דֹּרֵ ש אֹּ תָּ ּה תָּ ִמיד" ,און" :תָּ ִמיד עֵ ינֵי יהו-ה
אֱֹלקֶ יָך בָּ ּה מֵ רֵ ִשית הַ שָּ נָּה וְ עַ ד ַאח ֲִרית שָּ נָּה" ,אזא "חביבות" פארמאגט דער
אייבערשטער צו דעם הייליג לאנד" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל".
און די ווערטער" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :אֱֹלהִ ים
מֵ ַאהֲבָּ ה תָּ ִמיד עֵ ינֵי יהו-ה אֱֹלהֶ יָך בָּ ּה" – טראץ דעם וואס דו זעהס'ט יעצט
אין גלות אז דער אייבערשטער גייט זיך יעצט אום מיט" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל" מיט
"מ ַדת הַ ִדין" כידוע, ֱֹלקים" איז דאךִ :
ֱֹלקים" – וואס" :א ִ
די מדה פון" :א ִ
אפילו הכי זאלסטו אבער נאך אלץ וויסן ר' יוד ,אז" :מֵ ַאהֲבָּ ה תָּ ִמיד עֵ ינֵי
יהו-ה אֱֹלהֶ יָך בָּ ּה" !..און אט אט אט ..וועט דאך שוין טאקע בקרוב ממש
מקיום ווערן דעם" :וְ תֶ ֱחזֶינָּה עֵ ינֵינּו בְ שּובְ ָך לְ צִ יוֹּן בְ ַרח ֲִמים בְ בִ יַאת גוֹּאֵ ל צֶ ֶדק
ישי בִ ְמהֵ ָּרה בְ יָּמֵ ינּו":
ּובְ בִ ְניַן בֵ ית הַ ִמ ְק ָּדש הַ ְשלִ ִ
ֹּאמר יהו-ה ֶאל ַא ְב ָרם לֶ ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך
וַ י ֶ
וַ ּיֹאמֶׁ ר יהו-ה ֶׁאל ַא ְב ָרם ל ְֶׁך לְ ָך מֵ ַא ְר ְצ ָך ּו ִמ ּמ ֹול ְַד ְּת ָך ּו ִמ ּ ֵבית ָא ִב ָ
יך
ֶׁאל הָ ָא ֶׁרץ אֲ ֶׁשר ַא ְר ֶׁא ּךָ :די וואכעדיגע פרשה הייבט זיך ָאן מיט גאר גאר
א שווערע נסיון וואס דער אייבערשטער האט דא אויס פראבירט אברהם
אבינו ,און דער הייליגער רמב"ם האלט אפילו ,אז די יעצטיגע נסיון וואס
דער אייבערשטער האט דא אויס געפריב'ט אברהם אבינו איז גאר געווען די
"ערשטע" נסיון פון די" :עֲשָּ ָּרה נִסְ יוֹּנוֹּת שֶ נִתְ נַסֶ ה ַאבְ ָּרהָּ ם ָאבִ ינּו".
ווייל דער הייליגער רמב"ם טענה'עט ,אז די פריער'דיגע נסיון פון" :אּור
כ ְַש ִדים" ווערט אפילו נישט גערעכנט פאר קיין "נסיון" ,און מיר וועל נישט
כא
אליעזר לך לך נעימות
יעצט אריין גיין אין דעם טעם "פארוואס" דער הייליגער רמב"ם האלט אז
די נסיון פון" :אּור כ ְַש ִדים" ווערט נישט גערעכנט פאר קיין "נסיון".
אבער לכאורה איז דאך שווער דא א מורא'דיגע קשיא ,ווייל וואס איז בכלל
געווען די גאנצע "נסיון" דא !?..דאס אז אברהם אבינו זאל דארפן ארויס
גיין פון זיין לאנד און פון זיין געבורט'ס פלאץ און פון זיין טאטנ'ס שטוב
איז דען געווען א "נסיון" פאר אברהם אבינו אויב ער זאל דאס פאלגן אדער
נישט !?..פארוואס זאל אברהם אבינו נישט וועלן גיין !?..דער
אייבערשטער האט דאך איהם דא צו געזאגט די בעסטע און שענסטע
"הבטחות" וואס עס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט!?..
אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין די וואכעדיגע
פרשה (קפיטל י"ב פסוק א') ,אז דער אייבערשטער האט דא געזאגט פאר
אברהם אבינו" :בַ א ֲִמ ָּירה ַרכָּה" – מיט א ווייעכ'ע לשון ,אז" :לְֶך לְ ָך
ַארצְ ָך" – אז גיי אינגאנצן אוועק פון דיין לאנד ,און גיי אויך אינגאנצן
מֵ ְ
"ממ ֹּול ְַדתְ ָך" – פון דיין געבורט'ס פלאץ ,און גיי אויך אינגאנצן
אוועקִ :
ָארץ אֲשֶ ר
"מבֵ ית ָאבִ יָך" – פון דיין טאטנ'ס שטוב ,און גיי" :אֶ ל הָּ ֶ
אוועקִ :
ַאראֶ ךָּ" – און גיי צו די פלאץ וואס איז וועל דיר ווייזן.
ְ
אבער ..זאגט דער אייבערשטער ווייטער פאר אברהם אבינו ,אז דו ווייסט
וואס דו וועסט באקומען פאר דיין ארויס גיין !?..דו וועסט באקומען אזוי.
א) דו וועסט באקומען די ברכה פון" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל" ,וואס דאס מיינט
דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז איך וועל דיר מאכן פאר גאר גאר א
"ּומלָּכִ ים מֵ ֲחלָּצֶ יָך יֵצֵ אּו".
גרויסע פאלק ,אוןְ :
כב
אליעזר לך לך נעימות
ב) און דו וועסט אויך באקומ ען די ברכה פוןַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך" ,וואס דאס מיינט
דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז איך וועל דיר בענטשן מיט די ברכה
פון "געלט" ,און יאַ" :אבְ ָּרהָּ ם עַ בְ ִדי" ,דו וועסט האבן אסאך אסאך "געלט".
ג) און דו וועסט אויך באקומען די ברכה פוןַ " :ו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" ,וואס דאס
מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז איך וועל דיר גרויס מאכן דיין
נאמען ,און" :בְ ָך חוֹּתְ ִמין" – און אלע דיינע קינדער און אייניקל'עך וועלן
ענדיגן די ערשטע ברכה פון "שמונה עשרה" מיט "דיר" ,און זיי וועלן אלע
זאגן :מָּ גֵן "ַאבְ ָּרהָּ ם".
ד) און דו וועסט אויך באקומען די ברכה פון" :וֶהְ יֵה בְ ָּרכָּה" ,וואס דאס
מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז פון היינט און ווייטער וועסטו
באקומען א כח צו קענען "בענטשן" אנדערע מענטשן ,און יאַ" :אבְ ָּרהָּ ם
עַ בְ ִדי" ,דו זאלסט וויסן אז" :מֵ עַ כְ שָּ יו אַ תָּ ה תְ בָּ רֵ ְך אֶ ת אֲשֶ ר תַ ְחפֹּ ץ" – דו
זאלסט וויסן אז פון היינט און ווייטער וועסטו קענען "בענטשן" וועמען דו
וועסט נאר וועלן בענטשן.
און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין די וואכעדיגע
פרשה ,אז די גאנצע פסוק דא איז דאך ממש כולל אלע ברכות וואס עס איז
נאר פארהאנען אויף דער וועלט ,ווייל מען רעדט דאך דא פון האבן
"געלט" ,און מען רעדט דאך דא פון האבן "קינדער" ,און מען רעדט דאך
דא אויך פון האבן א "גוט'ן נאמען".
ווייל דער אייבערשטער האט דאך דא אויך געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז
דו זאלסט וויסן אברהם ,אז די גאנצע וועלט וועט וויסן פון דיר ,און א
כג
אליעזר לך לך נעימות
יעדער איינער וועט זיך פשוט וואונטש'ן מיט די ברכה פון" :תְ הֵ א
כְ ַאבְ ָּרהָּ ם" ,און א יעדער איינער וועט דיר פשוט מקנא זיין אויף דיין גרויסע
"הצלחה" וואס דו וועסט אי"ה האבן.
און יא אברהם ,דו וועסט זוכה זיין צו האבן "קינדער" ,און דו וועסט אויך
זוכה זיין צו האבן אסאך "געלט" בריוח וויפיל דו וועסט נאר וועלן.
און א יעדער איינער פארשטייט דאך שוין פון זיך אליין ,אז ווען דער
אייבערשטער זאגט צו פאר איינעם א "הבטחה" אז ער וועט האבן "געלט",
דעמאלט'ס רעדט מען דאך פון "אסאך געלט" ,ווייל אויב דער אייבערשטער
וואונטש'ט איינעם ָאן אז ער וועט האבן "געלט" ,דעמאלט'ס רעדט מען
דאך זיכער פון "געלט כמו שכתוב" ,און ממילא וואס גייט דא פָּ אר!?..
איך הייב נישט ָאן צו פארשטיין דעם גאנצן ענין דא !?..ווייל וואס איז
געווען בכלל די "נסיון" פון אברהם אבינו דא !?..פארוואס זאל אברהם
אבינו נישט וועלן "גיין" ווען ער הערט מיט זיינע אייגענ'ע אויער'ן קלאר'ע
אפענ'ע "הבטחות" פון דעם אייבערשטן אליין אז ער וועט זוכה זיין צו אלע
גוטע ברכות וואס עס איז נאר דא אויף דער וועלט אויב ער וועט "גיין"!?..
אויב איינער זאגט פאר זיין חבר ,אז ..דו קום נאר מיט צוזאמען מיט מיר,
און אויב דו פאלגס'ט מיר ,דעמאלט'ס זאג איך דיר צו אז עס ווארט דיר אפ
די בעסטע גאלדענ'ע גליק'ן וואס עס איז נאר פארהאן אויף דער וועלט,
פארוואס זאל זיין חבר דעמאלט'ס נישט וועלן מיט גיין צוזאמען מיט
יענעם !?..אוודאי וועט דער חבר מסכים זיין מיט צו גיין מיט זיין חבר,
ווייל ער האט דאך דא באקומען א קלאר'ע "צו זאג" פון זיין חבר אז עס
כד
אליעזר לך לך נעימות
ווארט דאך איהם אפ גאלדענ'ע גליק'ן אויב ער וועט פאלגן זיין חבר ,און
ממילא וואס איז געווען בכלל די נסיון פון אברהם אבינו !?..ער האט דאך
דא באקומען אזוי פיל "הבטחות" פון דעם אייבערשטן אז ער וועט זוכה זיין
צו די גרעסטע "ברכות" וואס עס איז נאר שייך אויף דער וועלט!?..
און די קשיא גייט דאך בעצם נאך שטערקער ,ווייל שטעלט'ס ענק פָּ אר אז
איינער זאגט פאר א אלטע יוד פון "פינעף און זיבעציג יאר" וואס האט
ליידער נאך נישט זוכה געווען צו קיין קינדער ,אז איך האב אויס געפונען
בידיעה גמורה אז עס איז דא א מעגליכ'קייט אז דו קענסט נאך אמאל זוכה
זיין צו א קינד.
ווייל דו זאלסט וויסן ר' אלט'ער יוד ,אז עס איז דא ערגעץ וואו ווייט אוועק
גאר גאר א גרויסער דאקטער וואס קען זיך גאר גוט אויס אין אלע סארטן
עניני רפואה.
און דו זאלסט וויסן ר' אלט'ער יוד ,אז דורך די האנט פון דעם דאקטער איז
נאך נישט אריבער געגאנגען קיין איין מענטש וואס איז נאך נישט געהאלפן
געווארן מיט א קינד ,ווען דו וועסט דאס זאגן פאר אזא אלטע מענטש וואס
האט נאך נישט זוכה געווען צו קיין קינדער ,וועט דאך דיר דעמאלט'ס דער
אלט'ער יוד גלייך זאגן [פארשטייט זיך] ,אז איך בין דאך שוין אבער "פינעף
און זיבעציג יאר" אלט!?..
וועסטו איהם דעמאלט'ס ענטפער'ן ,אז דו קענסט אפילו זיין "הונדערט און
צוואנציג יאר" אלט ..און דו קענסט נאך אלץ זוכה זיין צו א קינד ,ווייל עס
איז נישט קיין נפקא מינה ,און איך זאג דיר צו ר' אלט'ער יוד ,עס איז א
כה
אליעזר לך לך נעימות
זיכער'ע זאך אז מען ווערט געהאלפן ווען מען פארט אהין צו דעם גרויסן
דאקטער.
ווען א פינעף און זיבעציג יעריגע יוד [וואס האט נאך קיינמאל נישט זוכה
געווען צו קיין קינדער] הערט אז עס איז נאך דא א מעגליכ'קייט פאר איהם
אז ער וועט נאך קענען זוכה זיין צו א קינד ,וואלט ער נישט געפארן צו יענע
עק וועלט כדי צו קענען אריין גיין צו דעם גרויסן דאקטער און ווערן
געהאלפן !?..זיכער וואלט ער געפארן אהין!..
און ווען מען טראכט אריין ,דעמאלט'ס זעהט מען דאך שוין דא אליין מיט
די אייגענ'ע אויגן ,אז פונקט די זעלבע זאך איז געווען דא ביי אברהם אבינו,
ווייל דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין פסוק אין די
וואכעדיגע פרשה (קפיטל י"ב פסוק ד') ,אז" :וְ ַאבְ ָּרם בֶ ן חָּ מֵ ש שָּ נִים וְ ִשבְ עִ ים
שָּ נָּה" – אז אברהם אבינו איז דאך שוין געווען דא "פינעף און זיבעציג יאר"
אלט בשעת ווען דער אייבערשטער האט איהם דא געהייסן פאר לאזן זיין
שטוב און זיין לאנד ,און אברהם אבינו האט דאך דא נאך נישט געהאט זוכה
געווען צו קיין קינדער.
און דאס אז ער וועט קענען זוכה זיין צו א קינד איז דאך נישט געווען דא
קיין" :אֶ פְ שַ ר" ,אדער א" :אּולַי" ,אדער א" :יָּכֹּ ל לִ הְ יוֹּת" – אז "עס קען זיין"
אז ער וועט קענען זוכה זיין צו א קינד ,און דאס אז ער וועט קענען זוכה זיין
צו א קינד איז דאך נישט געווען קיין "מעגליכ'קייט" אז ער וועט קענען
זוכה זיי ן צו א קינד ,נאר עס איז געווען א פשוט'ע "הבטחה גמורה" פון
דעם אייבערשטן אליין אז ער וועט קענען זוכה זיין צו א קינד.
כו
אליעזר לך לך נעימות
און דאס אז אברהם אבינו וועט קענען זוכה זיין צו א קינד איז דאך נישט
געווען קיין צו זאג פון עפעס א גרויסע "דאקטער" פון עפעס א ווייטע
לאנד ,נאר עס איז געווען א צו זאג פון דעם גרויסן" :מֶ לְֶך רוֹּפֵ א ֶנאֱמָּ ן וְ ַרחֲמָּ ן
אָּ תָּ ה".
און ממילא וואס איז די שאלה בכלל אויב אברהם אבינו וועט פאלגן דעם
אייבערשטן און אוועק גיין פון זיין טאטנ'ס שטוב ,זיכער וועט אברהם
אבינו פאלגן דעם אייבערשטן און אוועק גיין פון זיין טאטנ'ס שטוב!..
דו זאגס'ט דאך איהם דא צו אזעלכע גרויסע זאכן !?..און דו זאגס'ט דאך
איהם דא צו אזעלכע גרויסע "ברכות" !?..און ממילא זיכער וועט אברהם
אבינו פארן!?..
און נאך א קשיא איז דאך שווער דא ,ווייל רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין
בפירוש אין די וואכעדיגע פרשה ,אז די ברכה פון" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל"
מיינט ,אז דער אייבערשטער האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז דו
וועסט זוכה זיין צו האבן "אסאך קינדער" ,און די ברכה פוןַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך"
מיינט ,אז דער אייבערשטער האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז דו
וועסט זוכה זיין צו האבן "אסאך געלט" ,און די ברכה פוןַ " :ו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך"
מיינט ,אז דער אייבערשטער האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז
פשוט ..דו וועסט זוכה זיין צו האבן א "גרויסע נאמען" ,און עס וועט מקיום
ווערן ביי דיר דעם פסוק פון" :וְ שָּ ְמע ֹּו ה ֹּולְֵך בְ כָּל הַ ְמ ִדינוֹּת".
און די ברכה פון" :וֶהְ יֵה בְ ָּרכָּה" מיינט ,אז דער אייבערשטער האט דא
געזאגט פאר אברהם אבינו ,אזּ" :ומֵ עַ כְ שָּ יו אַ תָּ ה תְ בָּ רֵ ְך אֶ ת אֲשֶ ר תַ ְחפֹּ ץ" – אז
כז
אליעזר לך לך נעימות
פון היינט און ווייטער וועסטו קענען בענטשן וועמען דו וועסט נאר וועלן
בענטשן ,און" :אֵ ת אֲשֶ ר תְ בָּ רֵ ְך ְמב ָֹּּרְך" – און וועמען דו וועסט נאר בענטשן
וועט טאקע זיין געבענטש'ט ,און עס וועט טאקע דעמאלט'ס גלייך חל זיין
אויף איהם די "ברכה" וואס דו האסט איהם געבענטש'ט.
און בדרך אגב איז דאך טאקע אויך כדאי צו דערמאנען דא ביי דעם
געלעגענהייט ,אז די ווערטערֲ " :אשֶ ר תְ בָּ רֵ ְך ְמב ָֹּּרְך" – איז דאך טאקע אויך
ראשי תיבות" :אֱמֶ ת" ,און עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם איינעם,
אז חז"ל (מכילתא בשלח פרשה ב') זאגן דאך אונז שוין בפירוש ,אז" :אֵ ין
ֹּכחֵ נּו אֶ לָּא בְ פֶ ה" – אז די כח פון א יודיש קינד איז דאך נאר מיט זיין "מויל".
אבער דאס איז דאך נאר ..אויב א יודיש קינד היט זיך טאקע אפ דעם דיבור
"דבּורֵ י אֱמֶ ת",
ווי עס דארף צו זיין" :בִ ְקדשָּ ה ּובְ טָּ ה ֳָּרה" ,און ער רעדט נארִ :
און ער רעדט נאר וואס מען מעג רעדן ,ווייל נאר דעמאלט'ס פארמאגט ער
טאקע א כח מיט זיין "מויל" ,און ער קען טאקע דעמאלט'ס בענטשן וועמען
ער וויל נאר ,און זיינע ברכות ווערן דעמאלט'ס גלייך מקיום.
אבער אויב א מענטש פארשמירט זיך ח"ו דעם דיבור ,און ער רעדט ח"ו:
"דבּורֵ י שֶ קֶ ר" ,דעמאלט'ס קען דאך זיין ווארט נישט ארבעטן אויבן אין
ִ
הימל ,ווייל זיינע ווערטער זענען דאך פארשמירט'ע ווערטער וואס קומט
ארויס פון א פארשמירט'ע מויל וואס איז דאך ָאן געפילט מיט כל מיני אום
"דבּורֵ י
ריינע ווערטער ,אבער משא"כ אויב א מענטש רעדט טאקע נארִ :
אֱמֶ ת" און הייליגע דיבורים ,אזא איינער קען טאקע זוכה זיין צו די
געוואלדיגע ברכה פון" :אֵ ת ֲאשֶ ר תְ בָּ רֵ ְך ְמב ָֹּּרְך".
כח
אליעזר לך לך נעימות
אבער על כל פנים ..לאמיר צוריק גיין צו וואו מיר האבן פריער געהאלטן,
ווייל מיר האבן דאך פריער געהאט אראפ געברענגט די ערשטע פשטים
אויף די ווערטער פון" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל" אוןַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך" אוןַ " :ו ֲאג ְַדלָּה
ְשמֶ ָך" און" :וֶהְ יֵה בְ ָּרכָּה" ,און מיר האבן דאך שוין פריער אלעס ערקלערט
אזוי ווי רש"י הק' איז דאך דאס שוין טאקע מסביר פון אנפאנג.
אבער אביסל שפעטער אין רש"י זעהט מען ,אז רש"י הק' דערמאנט דארטן
"דבָּ ר ַאחֵ ר" ,און רש"י הק' זאגט אונז דארטן ,אז דו זאלסט די ווערטערָּ :
וויסן ,אז עס איז דא נאך א פשט אין די ווערטער פון" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל"
אוןַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך" אוןַ " :ו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" און" :וֶהְ יֵה בְ ָּרכָּה" ,און דאס איז ,אז די
ברכה פון" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל" גייט ארויף אויף דעם וואס מיר זאגן ביים
דאווע נען" :אֱֹלקֵ י ַאבְ ָּרהָּ ם" ,און די ברכה פוןַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך" גייט ארויף אויף
דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען" :אֱֹלקֵ י יִצְ חָּ ק" ,און די ברכה פון:
" ַו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" גייט ארויף אויף דעם וואס מיר זאגן ביים דאווענען" :אֱֹלקֵ י
ַיעֲקֹּ ב" ,און די ברכה פון" :וֶהְ יֵה בְ ָּרכָּה" מיינט ,אז מיט "דיר" וועט מען צו
ענדיגן די ערשטע ברכה פון "שמונה עשרה" ,און מען וועט זאגן :בָּ רּוְך אַ תָּ ה
יהו-ה מָּ גֵן "ַאבְ ָּרהָּ ם" ,און מען וועט ענדיגן די ערשטע ברכה פון "שמונה
עשרה" מיט דיין נאמעןַ" :אבְ ָּרהָּ ם".
אבער די שאלה דא איז ,אז פארוואס פעלט דא אויס נאך א פשט!?..
"דבָּ ר ַאחֵ ר" !?..און דאס מיינט דאך צו זאגן
פארוואס פעלט דא אויס אָּ :
אין אנדערע ווערטער ,אז געווענטליך ווען רש"י הק' זאגט די ווערטער:
"דבָּ ר ַאחֵ ר" ,דעמאלט'ס מיינט דאך דאס צו זאגן ,אז עס איז אונז גאר
ָּ
שטארק "נוגע" צו וויסן די צווייטע א פשט ,ווייל רש"י הק' ברענגט דאך
כט
אליעזר לך לך נעימות
נישט סתם אזוי אראפ קיין מדרשים ,ווייל רש"י הק' איז דאך נאר א
"מפרש" ,און רש"י הק' ברענגט דאך נישט סתם אזוי אראפ קיין מדרשי
חז"ל ,מדרש רבה און מדרש תנחומא זענען דאך שוין ָאן געפילט מיט
מדרשים ,רש"י הק' ברענגט דאך נאר אראפ אזא סארט מדרש וואס עס איז
אונז גאר שטארק "נוגע" צו וויסן ,און רש"י הק' ברענגט דאך נאר אראפ א
"מדרש" ווען ער וויל אונז עפעס גאר וויכטיג לאזן וויסן מיט דעם.
און ממילא לאמיר פארשטיין וואס דא גייט פָּ אר ,ווייל וואס איז שלעכט פון
די ערשטע פשט וואס רש"י הק' האט אונז דא געזאגט אז די ווערטער פון:
"וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל ַואֲבָּ ֶרכְ ָך ַו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך וֶהְ יֵה בְ ָּרכָּה" מיינט אז עס וועט
זיין "קינדער" מיט "געלט" מיט א "גוטע נאמען" צוזאמען מיט אלע גוטע
זאכן וואס עס איז נאר דא אויף דער וועלט!?..
וואס איז שלעכט מיטן ערשט'ן פשט וואס רש"י הק' האט אונז דא געזאגט
אז די ווערטער פון" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל ַואֲבָּ ֶרכְ ָך ַו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך וֶהְ יֵה בְ ָּרכָּה"
ּומז ֹּונֵי ְרוִ יחֵ י" צוזאמען מיט אלע גוטע מיינט אז עס וועט זיין" :בָּ נֵי חַ יֵי ְ
ברכות און הבטחות וואס עס איז נאר שייך אויף דער וועלט !?..פארוואס
פעלט דא אויס צו זאגן נאך א פשט!?..
וואס איז שלעכט מיט דעם ערשט'ן פשט פון רש"י הק' אז מען מוז שוין דא
"דבָּ ר ַאחֵ ר" – וואס איז שלעכט מיט דעם ערשט'ן פשט פון
צו קומען צו אָּ :
רש"י הק' אז מען מוז שוין דא צו קומען צו "נאך א פשט"!?..
און נאך א נקודה איז כדאי ָאן צו מערקן דא ,און דאס איז ,אז עס שטייט
דאך שוין בפירוש אין דער הייליגער תורה הק' ביי די פרשה פון עקידת
ל
אליעזר לך לך נעימות
יצחק ,אז דער אייבערשטער האט אויס געפריב'ט אברהם אבינו מיט גאר
גאר א שווערע נסיון וואס רופט זיך "עקידת יצחק" ,און דער אייבערשטער
האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז" :קַ ח נָּא אֶ ת בִ נְָך אֶ ת י ְִח ְידָך
אֲשֶ ר ָאהַ בְ תָּ אֶ ת יִצְ חָּ ק" – אז נעם דיין איינציגסט'ע זוהן וואס הייסט:
"יִצְ חָּ ק" ,און זיי איהם מקריב פאר מיר פאר א" :קָּ ְרבָּ ן עֹּ לָּה".
און אזא זאך צו טוהן איז דאך שוין געווען גאר גאר א שווערע "נסיון" פאר
אברהם אבינו ,וועגן כמה וכמה טעמים ,און מיר האבן דאך שוין מסביר
געווען" :רֹּאש הַ שָּ נָּה" בשעת ווען מיר האבן גערעדט פון" :זְ כֹּ ר בְ ִרית" און
"עקידת יצחק" ,אז עס ווערט דאך שוין געברענגט אין די מדרשים ,אז אין
יענע צייט איז דאך געווען גאר גאר א גרויסע עבודה זרה וואס מען האט
געדינט צו דעם דורך דעם וואס מען האט מקריב געווען די אייגענ'ע
קינדער" :לַמֹּ לְֶך".
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז אין יענע צייט איז
געווען גאר גאר א גרויסע עבודה זרה וואס מען האט געדינט צו דעם דורך
דעם וואס מען האט מקריב געווען די אייגענ'ע קינדער פאר די עבודה זרה.
און אין יענע צייט איז אברהם אבינו געווען די הויפט "קעמפער" אויף דער
וועלט וואס האט געקעמפ'ט אנטקעגן די אלע מענטשן וואס האבן מקריב
זייערע קינדער פאר די עבודה זרה ,און אברהם אבינו איז געווען א גאנצן
טאג פארנומען צו שרייען אויף אלע מענטשן פון די וועלט ,אז הערט'ס
אויף !..הערט'ס אויף !..טוט'ס נישט קיין שטותים ,און טוט'ס נישט קיין
נארישקייטן ,און זייט'ס נישט מקריב ענקערע קינדער פאר די נאריש'ע
עבודה זרה ,און הערט'ס שוין אויף מיט די אלע משוגעת'ן.
לא
אליעזר לך לך נעימות
אבער פלוצלונג איז אברהם אבינו געוואויר געווארן ,אז ער אליין דארף
יעצט שעכט'ן זיין זוהן יצחק פארן אייבערשטן ,און אברהם אבינו וואלט
דאך דעמאלט'ס רואיגערהייט געקענט זאגן פארן אייבערשטן ,אז הער מיר
צו הייליגער באשעפער ,ביז אהער ,ווייל דאס איז דאך שוין צו א שווערע
זאך פאר מיר צו טוהן.
ווייל איך בין דאך דער וואס איז מפרסם דיין נאמען אויף דער וועלט ,און
איך בין דאך דער וואס רופט אויס פאר א יעדעם איינעם אז מען טאר
"נישט" מקריב זיין די אייגענ'ע קינדער פאר א קרבן ,און ממילא ווי אזוי
קען איך יעצט גיין שעכט'ן מיין אייגענ'ע זוהן פאר א קרבן !?..די גאנצע
וועלט וועט דאך לאכן פון מיר !?..און איך וועל דאך דעמאלט'ס זיין צו
שאנד און צו שפאט פאר מליונ'ע מענטשן!?..
און דער אייבערשטער האט דאך נישט געהייסן אברהם אבינו צו שעכט'ן
זיין זוהן יצחק אויף עפעס א באהאלטענ'ע פלאץ וואו ער זאל קענען מאכן
א שווייג פון די גאנצע מעשה.
ניין ניין ניין ,נאר דער אייבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז:
"וְ לְֶך לְ ָך אֶ ל אֶ ֶרץ הַ מֹּ ִריָּה" – אז גיי ארויף צו די פלאץ וואס הייסט" :מֹּ ִריָּה",
און" :וְ הַ ֲעלֵהּו שָּ ם לְ עֹּ לָּה" – און דארטן זאלסטו איהם ארויף ברענגען פאר
א" :קָּ ְרבָּ ן עֹּ לָּה" ,אויפן בארג.
און יא אברהם ,מאך די עקידה" :עַ ל ַאחַ ד הֶ הָּ ִרים אֲשֶ ר אֹּ מַ ר אֵ לֶיָך" – מאך די
עקידה אויף איינער פון די הויעכ'ע בערג" :אֲשֶ ר אֹּ מַ ר אֵ לֶיָך" ,כדי אז א
לב
אליעזר לך לך נעימות
יעדער איינער זאל קענען זעהן וואס דו טוס'ט ,און יא אברהם ,דוקא
"דארטן" זאלסטו מאכן דיין זוהן פאר א" :קָּ ְרבָּ ן עֹּ לָּה".
און מען קען זיך דאך שוין פָּ אר שטעלן ווי אזוי עס האט אויס געזעהן דאס
בילד דארטן ,ווייל עס האט דאך דעמאלט'ס לכאורה אויס געזעהן אזוי ,אז
אברהם אבינו קומט אראפ פון דעם גרויסן בארג ,און אלע צייטונג
שרייבער'ס שטייען דאך דעמאלט'ס דארטן לעבן דעם גרויסן בארג ,און זיי
פרעגן דעמאלט'ס אברהם אבינו ,אז נו אברהם ,וואס זאגסטו יעצט!?..
דו האלטס'ט דאך און איין שרייען אז מען טאר נישט מקריב זיין די אייגענ'ע
קינדער פאר א "קרבן" ,יא !?..נו וואס זאגסטו יעצט !?..ווי אזוי זענען
יעצט דיינע געפילן !?..און אברהם אבינו האט דאך דעמאלט'ס זיכער נישט
געהאט וואס צו ענטפער'ן אויף דעם.
אבער אברהם אבינו האט זיך בכלל נישט צו טוהן געמאכט פון זיי ,נאר:
" ַוי ְַשכֵם ַאבְ ָּרהָּ ם בַ בֹּקֶ ר" – נאר אברהם אבינו איז דעמאלט'ס גלייך אויף
געשטא נען גלייך אינדערפרי מיט א מורא'דיגע "התלהבות" און מיט א
"ש ְמחָּ ה".
מורא'דיגעִ :
און דער הייליגער שם משמואל זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך ,אז אויב
"ש ְמחָּ ה",
אברהם אבינו וואלט נישט געמאכט די עקידה מיט קייןִ :
דעמאלט'ס וואלט ער טאקע סוף כל סוף געשאכטן זיין זוהן יצחק.
ווייל מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז חז"ל זאגן דאך אונז שוין
בפירוש (שבת דף :ל' ע"ב) ,אז" :אֵ ין הַ ְשכִ ינָּה שו ָֹּּרה אֶ לָּא ִמתוְֹּך ִש ְמחָּ ה",
לג
אליעזר לך לך נעימות
און אויב אברהם אבינו וואלט נישט געמאכט די עקידה מיט די ריכטיגע:
"ש ְמחָּ ה" ,דעמאלט'ס וואלט דאך נישט געקענט ארויס גיין קיין בת קול
ִ
איהם אפ צו שטעלן פון שעכט'ן זיין זוהן יצחק וועגן די אויבן דערמאנט'ע
סיבה ,און ער וואלט דאך טאקע דעמאלט'ס למעשה געשאכטן זיין זוהן
יצחק.
און ממילא וועגן דעם מוז דאך זיין על כרחך אז אברהם אבינו האט געטוהן
"ש ְמחָּ ה" ,ווייל ָאן דעם וואלט ער
די מעשה העקידה מיט א מורא'דיגעִ :
דאך נישט געקענט הערן דעם "בת קול".
אבער על כל פנים ..אברהם אבינו איז טאקע געגאנגען יענע טאג
אינדערפרי ,און ער האט דעמאלט'ס גלייך גענומען זיין זוהן יצחק ,און ער
האט איהם דעמאלט'ס גלייך ארויף געלייגט אויף די עקידה ,און ממש פאר
אברהם אבינו האט געוואלט שעכט'ן זיין זוהן יצחק ,איז דעמאלט'ס
פלוצלונג ארויס געגאנגען א בת קול פון הימל וואס האט אויס גערופן
הויעךַ" :אבְ ָּרהָּ ם ַאבְ ָּרהָּ ם" !..ניין אברהם ,שעכט נישט דיין זוהן יצחק.
און גלייך נאך דעם האט די בת קול געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז" :עַ תָּ ה"
ֱֹלקים אַ תָּ ה – אז "יעצט" ווייס איך שוין אברהם אז דו ביזט
י ַָּדעְ תִ י כִ י יְרֵ א א ִ
ֱֹלקים" ,און דו ווייסט פארוואס !?..ווייל" :וְ ֹלא חָּ שַ כְ תָּ אֶ ת בִ נְָך
א" :יְרֵ א א ִ
אֶ ת י ְִח ְידָך ִממֶ נִי" – ווייל דו האסט זיך דאך נישט צוריק געהאלטן פון צו
שעכט'ן דיין איינציג קינד פאר מיר.
אבער לכאורה איז דאך אבער שווער דא א מורא'דיגע קשיא ,ווייל וואס
ֱֹלקים אַ תָּ ה – פארוואס זאגסטו מיר דא אז
הייסט אז" :עַ תָּ ה" י ַָּדעְ תִ י כִ י יְרֵ א א ִ
לד
אליעזר לך לך נעימות
"יעצט" בין איך ערשט געוואויר געווארן אז אברהם אבינו איז א" :יְרֵ א
ֱֹלקים" ,איין מינוט ,איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פָּ אר !?..ביז יעצט
א ִ
ֱֹלקים" !?..פארוואס זאגסטו
איז אברהם אבינו "נישט" געווען קיין" :יְרֵ א א ִ
מיר דא יעצט אז "יעצט" בין איך ערשט געוואויר געווארן אז אברהם אבינו
ֱֹלקים" ,וואס איז פשט פון אזעלכע ווערטער" !?..ביז יעצט"
איז א" :יְרֵ א א ִ
ֱֹלקים"!?..
איז אברהם אבינו נישט געווען קיין" :יְרֵ א א ִ
דאס אז אברהם אבינו האט גענומען זיין איינציג קינד יצחק און ער האט
איהם ארויף געבינדן אויפן "מזבח" ,און דאס אז אברהם אבינו האט
גענומען די מעסער און ער האט געמאכט אזוי פיל הכנות" :כְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת
ֱֹלקים"!?..
בו ְֹּראִ י" ..דאס אלעס ווייזט נישט אז ער איז א" :יְרֵ א א ִ
דו ווילס'ט מיר דא זאגן ..אז דו ווייסט ווען אברהם אבינו ווערט ָאן גערופן
ֱֹלקים" !?..ווען ער האט "נישט" געשאכטן זיין זוהן יצחק ,עס
א" :יְרֵ א א ִ
האט דאך נישט לכאורה נישט קיין שום פשט !?..ווייל וואס ביזטו יעצט
געוואויר געווארן אז דו זאגס'ט מיר דא יעצט אז" :עַ תָּ ה" י ַָּדעְ תִ י כִ י יְרֵ א
ֱֹלקים אַ תָּ ה – פארוואס זאגסטו מיר דא יעצט אז "יעצט" בין איך ערשטא ִ
ֱֹלקים"!?..
געוואויר געווארן אז אברהם אבינו איז א" :יְרֵ א א ִ
און נאך א קשיא איז כדאי צו דערמאנען דא ,און דאס איז ,אז דער גרויסער:
ָאדם ְשֹלמֹּ ה הַ מֶ לְֶך עָּ לָּיו הַ שָּ לוֹּם" זאגט דאך אונז שוין בפירוש
"חָּ כָּם ִמכָּל ָּ
אין זיין הייליגן ספר משלי (קפיטל כ"א פסוק כ"א) ,אז" :רו ֵֹּדף צְ ָּדקָּ ה וָּחֶ סֶ ד
י ְִמצָּ א חַ יִ ים" ,און די מדרש (בראשית רבה פרשה נ"ח סימן ט') איז דאך שוין
מסביר דעם פסוק ,און די מדרש זאגט דאך אונז שוין אויף דעם ,אז דו
ווייסט ווער עס איז דער גרויסער" :רו ֵֹּדף צְ ָּדקָּ ה וָּחֶ סֶ ד"!?..
לה
אליעזר לך לך נעימות
זאגט דאך אונז שוין די מדרש אויף דעם בזה הלשון ,אז" :זֶה ַאבְ ָּרהָּ ם שֶ בָּ א
לִ גְ מֹּ ל חֶ סֶ ד עִ ם שָּ ָּרה אִ ְשתוֹּ" – אז דאס איז אברהם אבינו ,וואס איז געקומען
טוהן א" :חֶ סֶ ד" מיט זיין פרוי שרה איר צו "באגראבן".
אבער איין מינוט ,איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פָּ אר ,געוואלד און
געשריגן !..דאס איז די בעסטע משל פון" :חֶ סֶ ד" ביי אברהם אבינו!?..
אברהם אבינו האט דאך שוין געטוהן אזעלכע געוואלדיגע גרויסע:
"חֲסָּ ִדים" פאר אנדערע מענטשן!?..
אזוי ווי מען זעהט דאך שוין טאקע בפירוש ביי די מעשה פון די מלאכים ,אז
אברהם אבינו האט דעמאלט'ס געגעבן צו עסן פאר די מלאכים דריי גאנצע
צונגען ,און ער האט דעמאלט'ס געשאכט'ן פאר די דריי מלאכים דריי גאנצע
אקסן ,און ער האט דאך דאס דעמאלט'ס אויך געגעבן צו עסן פאר די
מלאכים אין חרדל ,און ער האט דאך זיי דעמאלט'ס אויך געגעבן ברויט מיט
פוטער.
און "אברהם אבינו" אליין איז דאך דעמאלט'ס געשטאנען לעבן די מלאכים
א גאנצן צייט ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין
פרשת וירא (קפיטל י"ח פסוק ח') ,אז" :וְ הּוא עֹּ מֵ ד ֲעלֵיהֶ ם תַ חַ ת הָּ עֵ ץ
ַויֹּאכֵלּו" – אז "אברהם אבינו" אליין איז געשטאנען לעבן די מלאכים דורך
אויס די גאנצע צייט וואס זיי האבן געגעסן אונטער'ן בוים.
און עס איז דאך טאקע אויך כדאי ָאן צו מערקן דא ,אז בשעת ווען דער
"אייבערשטער" איז געקומען באזוכן אברהם אבינו ,איז דאך דעמאלט'ס
געווען די מעשה אזוי ,אז" :בִ קֵ ש ַלעֲמֹּ ד" – אז אברהם אבינו האט זיך דאך
לו
אליעזר לך לך נעימות
דעמאלט'ס געוואלט אויף שטעלן פאר די כבוד פון דעם הייליגן באשעפער,
אבער דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס נישט מסכים געווען צו דעם ,נאר
דער אייבערשטער האט איהם דעמאלט'ס געזאגט ,אז" :שֵ ב" – זיץ ,און:
" ַו ֲאנִי אֶ עֱמֹּ ד" – און איך וועל שוין שטיין [כביכול].
אבער בשעת ווען אברהם אבינו האט באדינט זיינע "געסט" ..דעמאלט'ס
שטייט דאך שוין נישט אז דער אייבערשטער האט זיך "מתנגד" געווען צו
דעם אז אברהם אבינו האט געמאכט דעם :וְ הּוא "עֹּ מֵ ד" ֲעלֵיהֶ ם תַ חַ ת הָּ עֵ ץ
ַויֹּאכֵלּו – בשעת ווען אברהם אבינו האט באדינט זיינע "געסט" שטייט דאך
שוין נישט אז דער אייבערשטער האט זיך "מתנגד" געווען צו דעם אז
אברהם אבינו איז "געבליבן שטיין" לעבן די מלאכים דורך אויס די גאנצע
צייט וואס די מלאכים האבן געגעסן.
און עס שטייט דאך אויך נישט אין ערגעץ אז דער אייבערשטער האט זיך
"מתנגד" געווען צו דעם אז אברהם אבינו איז געלאפן מיט אלע זיינע כוחות
כדי צו ברענגען די דריי אקסן וואס ער האט ָאן גע'גרייט פאר די מלאכים.
איי פארוואס !?..די תירוץ אויף דעם איז ,אז וואס הייסט פארוואס !?..דו
פרעגס'ט פארוואס !?..מען רעדט דאך דא פון" :הַ כְ נָּסַ ת או ְֹּר ִחים" !..און:
"הַ כְ נָּסַ ת או ְֹּר ִחים" איז דאך שוין" :יוֹּתֵ ר ִמקַ בָּ לַת פְ נֵי הַ ְשכִ ינָּה".
און ממילא דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם אבינו,
אז ..יא ,ווען איך קום צו דיר ,דעמאלט'ס בין איך מסכים אז דו זאלסט
"זיצן" ,אבער ווען דו נעמס'ט אויף דיינע "געסט" ,דעמאלט'ס זאלסטו זיי
זעהן מכבד צו זיין עד הסוף במסירות נפש ממש!..
לז
אליעזר לך לך נעימות
און יא אברהם ,דו זאלסט "לויפן" ברענגען עסן פאר דיינע געסט אפילו ווען
עס קומט דיר ָאן גאר גאר שווער ,ווייל מען רעדט דאך דא פון" :הַ כְ נָּסַ ת
או ְֹּר ִחים" !..און" :הַ כְ נָּסַ ת או ְֹּר ִחים" איז דאך שוין" :יוֹּתֵ ר ִמקַ בָּ לַת פְ נֵי
הַ ְשכִ ינָּה"!..
און דער אייבערשטער האט דא ווייטער געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז יא
אברהם ,ביי" :קַ בָּ לַת פְ נֵי הַ ְשכִ ינָּה" קען איך דיר נישט זעהן "שטיין" ,אבער
ביי" :הַ כְ נָּסַ ת או ְֹּר ִחים" וואס איז דאך שוין" :יוֹּתֵ ר ִמקַ בָּ לַת פְ נֵי הַ ְשכִ ינָּה" קען
איך דיר שוין יא זעהן "שטיין" ,און נישט נאר "שטיין" ,נאר איך וויל דיר
זעהן "לויפן" דעמאלט'ס מקיים זיין די געוואלדיגע גרויסע מצוה פון:
"הַ כְ נָּסַ ת או ְֹּר ִחים" טראץ דיין שווער'ן געזונט צושטאנד.
און אברהם אבינו איז דאך שוין דעמאלט'ס אויך אנטקעגן "געלאפן" זיינע
געסט טראץ דעם וואס עס איז געווען גאר גאר גאר הייס אינדרויסן ,און
אברהם אבינו איז דאך דעמאלט'ס אנטקעגן "געלאפן" זיינע געסט טראץ
ישי לְ ִמלָּתוֹּ" און עס איהם געווען גאר
דעם וואס עס איז געווען" :יוֹּם ְשלִ ִ
גאר שווער דאס צו טוהן.
און דו האסט נישט געטראפן קיין בעסער'ע דוגמא פון" :חֶ סֶ ד" ביי "אברהם
אבינו" נאר אז ער איז געגאנגען באגראבן זיין ווייב !?..דאס אז אברהם
אבינו האט זיך משתתף געווען ביי די "לויה" פון זיין אייגענ'ע ווייב איז די
בעסטע משל פון" :חֶ סֶ ד" ביי "אברהם אבינו" !?..געוואלד און געשריגן!..
עס איז דאך נאך נישט געווען דעמאלט'ס קיין "חברה קדישא" וואס זאלן
זיך אפ געבן מיט די מתים ,און ממילא אויב שרה אמינו איז אוועק פון די
לח
אליעזר לך לך נעימות
וועלט ,דעמאלט'ס מוז זיך דאך איינער אפ געבן מיט איר קבורה ,ניין!?..
וואס דען !?..אברהם אבינו זאל איר איבער לאזן ליגן דארטן !?..עס איז
דאך נישט מער ווי א נארמאל'ע זאך אז א מאן זאל זיך אפ געבן מיט די
קבורה פון זיין ווייב אויב עס פאסירט ח"ו אזא זאך!?..
און ממילא פארוואס זאגן אונז חז"ל אז דאס וואס אברהם אבינו האט
"מ ַדת הַ חֶ סֶ ד" ביי
באגראבן שרה אמינו איז געווארן די "סימבאל" פון דיִ :
"אברהם אבינו" !?..וואס איז פשט פון דעם!?..
און כדי צו פארשטיין די תירוצים אויף די אלע קשיות ,וועלן מיר דא קודם
מקדים זיין גאר גאר א שיינע מעשה ,און דאס איז ,אז עס איז געווען אמאל
איינער פון די פריער'דיגע צדיקים וואס איז אמאל געגאנגען אויפן וועג
צוזאמען מיט א חלק פון זיינע חסידים ,און פלוצלונג האבן זיי געזעהן ווי א
מענטש גייט א דורך אויף א דינע שטריק וואס איז געווען צו געבינדן צו
צוויי גרויסע הויעכ'ע בנינים.
ווייל ..יא ,אמאליגע צייטן האבן אויך מענטשן געוואלט באווייזן אזעלכע
סארטן קונצן ,און מענטשן פלעגן דעמאלט'ס כסדר מאכן אזעלכע סארט
קונצן ,און מענטשן פלעגן דעמאלט'ס כסדר א דורך גיין אויף א דינע שטריק
הוי עך אין די לופט'ן ,און טויזנט'ער מענטשן פלעגן דעמאלט'ס שטיין
אונטן אויף דער ערד ,און מען פלעגט דעמאלט'ס צו קוקען צו די
געוואלדיגע גרויסע קונץ וואס דער קונצן מאכער האט דעמאלט'ס באוויזן
צו טוהן ,און דער רבי מיט די חסידים האבן אמאל געזעהן אזא סארט זאך
ווי א מענטש גייט א דורך אויף א דינעם שטריק'ל וואס איז געווען צו
געבינדן צו צוויי גרויסע הויעכ'ע בנינים.
לט
אליעזר לך לך נעימות
האט דער רבי דעמאלט'ס געגעבן א פרעג זיינע חסידים ,אז זאגט'ס מיר נאר
טייערע יודן ,פארוואס טוט דער מענטש דא אזא מאדנע זאך !?..עס איז דען
נישט פארהאן קיין נארמאל'ע וועג ווי אזוי אריבער צו גיין פון איין בנין צום
צווייטן!?..
פארוואס דארף דער מענטש א דורך גיין פון איין בנין צום צווייטן דורך די
אכצנ'סטע שטאק שפאצירנ'דיג אויף א דינעם שטריק'ל הויעך אין די
לופט'ן !?..פארוואס קען ער נישט גיין פון אונטן אזוי ווי מיר אלע
גייען !?..פארוואס מאכט ער זיך דא אזוי נאריש !?..און וואס האט ער פון
דעם בכלל!?..
האבן די חסידים גע'ענטפערט דעמאלט'ס פאר זייער רבי'ן ,אז וואס הייסט
וואס דער מענטש האט פון דעם !?..ער פארדינט דאך פון דעם אסאך אסאך
"געלט" ,און ער באקומט דאך אויך פון דעם גאר גאר אסאך "כבוד".
און יא טייערע רבי ,דאס באקומט דער קונצן מאכער פון דעם" ,געלט" מיט
"כבוד" ,האט זיי דעמאלט'ס דער רבי ווידער אמאל געפרעגט ,אז איך וויל
אייך פרעגן אזא קשיא ,בשעת ווען דער מענטש גייט אריבער אויף דעם
דינעם שטריק'ל וואס הענגט פון די אכצנ'סטע שטאק טראכט ער
דעמאלט'ס פון די אלע "געלטער" און פון די גרויסע "כבוד" וואס ער
באקומט דא יעצט!?..
און די חסידים האבן נישט געוואוסט וואס צו ענטפער'ן דעמאלט'ס אויף
דעם ,האט זיי דעמאלט'ס דער רבי געזאגט אזוי ,אז אוודאי און אוודאי
"נישט" ,דער מענטש טראכט נישט בשעת ווען ער גייט אריבער אויף דעם
מ
אליעזר לך לך נעימות
דינעם שטריק'ל פון די אלע "געלטער" און פון די גרויסע "כבוד" וואס ער
באקומט דא יעצט ,ווייל די זאך וואס ער טוט דא יעצט איז דאך גאר גאר א
ערנסט'ע זאך ,און די זאך וואס ער טוט דא יעצט איז דאך גאר גאר א
סכנות'דיגע זאך ,און ממילא וועגן דעם קען ער נישט יעצט טראכטן פון די
אלע "געלטער" און פון די גרויסע "כבוד" וואס ער באקומט דא יעצט.
אבער וואס טראכט דער מענטש יא דעמאלט'ס !?..און די תירוץ אויף דעם
איז דאך ,אז דער מענטש טראכט דאך דעמאלט'ס נאר איין זאך ,און דאס
איז ,אז גיי איך ריכטיג !?..אדער גיי איך נישט ריכטיג!?..
אבער דער מענטש קען דעמאלט'ס בשום אין אופן נישט טראכטן אז אוי אוי
באקום איך יעצט כבוד ,דער מענטש קען דעמאלט'ס בשום אין אופן נישט
טראכטן פון קיין "כבוד" אדער "געלט" ,און דער מענטש הערט אפילו
נישט דעמאלט'ס די אלע הויעכ'ע קלאפערייען וואס די מענטשן פון אונטן
קלאפן פאר איהם ,און דער מענטש הערט אפילו נישט דעמאלט'ס די אלע
הויעכ'ע קולות און פייפערייען וואס די מענטשן פון אונטן פייפן פאר איהם.
ווייל ער ווייסט דאך שוין דעמאלט'ס ביי זיך גאנץ גוט ,אז מיין גאנצע קאפ
מוז יעצט זיין קאנצעטרירט אויף מיינע "טריט" צו זעהן אויב זיי גייען
טאקע ריכטיג ,און פון "כבוד" און "געלט" וועסטו שוין שפעטער רעדן צו
מיר ,אבער בשעת מעשה קען איך נישט טראכטן פון דעם ,ווייל בשעת
מעשה קען איך דאך נאר טראכטן פון מיינע "טריט" וואס איך גיי ,ווייל עס
איז דאך גאר גאר א מסוכנ'דיגע זאך דאס וואס איך טוה דא יעצט.
מא
אליעזר לך לך נעימות
האט דער צדיק אויס געפירט פאר זיינע חסידים ,אז די זעלבע זאך איז דאך
אויך מיט" :עֲבו ַֹּדת הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,ווייל אוודאי ווארט אונז אפ אסאך "שכר"
און אסאך "כבוד" אויף יענע וועלט.
אבער אויב דארטן ליגט דיין גאנצע קאפ בשעת ווען דו דינס'ט דעם
אייבערשטן ,דעמאלט'ס קענסטו דאך נאך ח"ו אראפ פאלן פון דעם
שטריק'ל ,ווייל" :עֲבו ַֹּדת הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" איז דאך צו א ערנסט'ע הייליגע
עבודה אז א מענטש זאל דעמאלט'ס טראכטן פון "שכר" און פון "כבוד"
וואס ווארט איהם אפ.
נאר א מענטש דארף טראכטן פון איין זאך בשעת ווען ער דינט דעם
אייבערשטן ,און דאס איז ,אז גיי איך ריכטיג יעצט !?..איך טוה יעצט דעם:
"רצוֹּן הַ שֵ ם" !?..פיין ,איך טוה טאקע די מצוה בלויז" :כְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת
ָּ
שוֹּת נַחַ ת רּוחַ לְ הַ בוֹּרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְשמ ֹּו בְ שֵ ם כָּל י ְִש ָּראֵ ל" ,און:
בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
" ַלעֲשוֹּת ְרצ ֹּונְָך אֱֹלקַ י חָּ פָּ צְ תִ י" ,און יא הייליגער טאטע אין הימל ,איך טוה די
מצוה בלויז" :כְ ֵדי ַלעֲשוֹּת ְרצוֹּן ָאבִ ינּו שֶ בַ שָּ מַ יִם" ,און יא הייליגער טאטע
אין הימל ,וועגן דעם טוה איך "מצוות" ,איך טוה מצוות "ווייל דער
אייבערשטער האט אזוי געהייסן".
און דאס דארף מען זיך ארויס לערנען ווען מען זעהט ווי א מענטש גייט
אריבער אויף אזא דינעם שטריק'ל ,אז א מענטש דארף טאקע באמת קענען
טראכטן בשעת ווען ער טוט א מצוה אז איך טוה דאס טאקע בלויז ווייל
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,איי ..די מצוה איז דאך אזוי געשמאק ווייל
דאס איז דיָּ :
איך גיי דאך באקומען שכר פאר דעם!?..
מב
אליעזר לך לך נעימות
נו ..דו ביזט גערעכט טאקע ,אבער נישט דאס דארף ליגן אין דיין קאפ
בשעת ווען דו טוס'ט א מצוה ,ווייל" :עֲבו ַֹּדת הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" איז דאך צו א
הויעכ'ע עבודה אז א מענטש זאל דעמאלט'ס זיין פארנומען צו טראכטן פון
די "שכר" וואס ער גייט שפעטער באקומען פאר דעם.
און מען דערציילט דאך שוין טאקע אויך נאך א מורא'דיגע מעשה וואס עס
האט פאסירט ביי דעם הייליגן בעל שם טוב הק' ,און דאס איז ,אז דער
הייליגער בעל שם טוב הק' האט אמאל געזאגט פאר זיינע תלמידים אז זיי
זאלן גוט נאך קוקען א געוויסע דארפסמאן וואס וואוינט אין יענע און יענע
דארף.
און דער הייליגער בעל שם טוב הק' האט דעמאלט'ס אויך געזאגט פאר
זיינע תלמידים ,אז ווען איר קוקט נאך דעם דארפסמאן ,זאלט איר איהם
דעמאלט'ס נאך קוקען מיט א "ערנסט'קייט" ,און נישט חס ושלום "לאכן"
פון דעם דארפסמאן.
און די תלמידים פון דעם הייליגן בעל שם טוב הק' זענען טאקע אמאל ָאן
געקומען אויף שבת צו דעם פשוט'ן דארפסמאן אין שטוב ,און דער
דארפסמאן האט זיי דעמאלט'ס פארשטייט זיך גלייך אריין גענומען צו זיך
אין זיין קליינעם הייז'ל ,און ער האט זיי דעמאלט'ס גלייך פראבירט צו אויף
נעמען ווי עס פאסט ווי ווייט מעגליך.
און ווען דער דארפסמאן איז אהיים געקומען פון שוהל פרייטיג צו נאכט'ס,
"ש ְמחָּ ה" ,און ער האט
האט דעמאלט'ס זיין פנים געשטראלט פון גרויסִ :
דעמאלט'ס גלייך געגעבן א זאג פאר זיין רעבעצין מיט א ליכטיג'ן פנים..
מג
אליעזר לך לך נעימות
גוט שבת גוט שבת גוט שבת ,און ער האט זיך דעמאלט'ס גלייך צו גע'גרייט
ָאן צו הייבן די הייליגע "סעודת שבת קודש".
און דער דארפסמאן האט זיך דעמאלט'ס גלייך געגעבן א רוף ָאן צו זיין
רעבעצין ,אז זאג נאר רעבעצין טייערע ,עס איז דא די וואך גוטע וויין:
"לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש"!?..
האט איהם זיין רעבעצין גע'ענטפערט ,זיכער ,זיכער איז דא די וואך גוטע
וויין" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש" ,די וויין וואס מיר האבן דא די וואך איז דאך
ממשַ " :ייִן הַ ְמשמָּ ר" ,האט דער דארפסמאן געזאגט דעמאלט'ס פאר זיין
רעבעצין ,אז אזוי !?..נו גוט ,ברענג עס שוין טאקע יעצט אריין צום טיש.
און זיין רעבעצין האט טאקע דעמאלט'ס גלייך אריין געברענגט צוויי
קליינטשיג'ע רונדעכיג'ע "חלות" וואס עס איז געווען געמאכט פון אלטע
שמוציגע מעל ,און דער דארפסמאן האט זיך דעמאלט'ס גלייך געוואשן די
הענט" :עַ ל נ ְִטילַת י ָָּּדיִם" ,און ער האט דעמאלט'ס גלייך ָאן געהויבן צו
מאכן קידוש אויף די צוויי קליינטשיג'ע "חלות".
און דער דארפסמאן האט דעמאלט'ס פארשטייט זיך געזאגט ביי קידוש:
ָארץ" [אנשטאדט" :בוֹּרֵ א פְ ִרי הַ גָּפֶ ן"] ,ווייל ער האט
"הַ מוֹּצִ יא לֶחֶ ם ִמן הָּ ֶ
דאך קידוש געמאכט אויף "חלה" ,און דער דארפסמאן האט דעמאלט'ס
גלייך נאך קידוש אריין גענומען א שטיקל חלה אין זיין מויל ,און ווי נאר ער
האט ָאן געהויבן צו עסן ,האט ער זיך דעמאלט'ס גלייך געגעבן א רוף ָאן צו
זיין רעבעצין ,אזַ ..אה איז דאס געווען א פיינע גוטע וויין" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת
קו ֶֹּדש" ,עס איז דאך ממש געווען" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש".
מד
אליעזר לך לך נעימות
נו ..האט דער דארפסמאן ווידער אמאל געזאגט צו זיין רעבעצין ,לאמיר
יעצט עסן חלה" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש" ,און זיי האבן דעמאלט'ס ביידע
ווייטער געגעסן דעם זעלב'ן טריקענעם שטיקל חלה אויף וואס זיי האבן
פריער קידוש געמאכט וואס האט דאך נישט געהאט קיין שום מענטשליכ'ע
טעם.
און גלייך נאך דעם האט זיך דער דארפסמאן ווידער אמאל געגעבן א רוף ָאן
צו זיין רעבעצין ,אז זאג נאר רעבעצין טייערע ,עס איז דא פיש די וואך:
"לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש"!?..
האט איהם זיין רעבעצין געזאגט ,פיש !?..זיכער איז דא פיש די וואך ,מיר
האבן דאך געכאפט די וואך ממש א" :לִ וְ יָּתָּ ן" פיש" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש",
האט דער דארפסמאן געזאגט דעמאלט'ס פאר זיין רעבעצין ,אז אזוי !?..נו
פיין ,מען קען עס שוין טאקע אריין ברענגען צו די שבת'דיגע סעודה.
און זיין רעבעצין איז טאקע דעמאלט'ס גלייך אריין געגאנגען אין קאך ,און
זי האט איהם טאקע דעמאלט'ס גלייך אריין געברענגט צוויי הארט'ע
באנדל'עך אויף צוויי קליינע טעלער'ס ,און דער דארפסמאן האט
דעמאלט'ס אויף געגעסן איין באנדל ,און זיין רעבעצין האט דעמאלט'ס
אויף געגעסן דעם צווייטן באנדל.
און ווי נאר דער דארפסמאן האט ָאן געהויבן צו עסן די הארט'ע באנדל,
האט ער זיך דעמאלט'ס גלייך געגעבן א רוף ָאן הויעך ,אז ַאה ..אזא
געשמאקע "פיש" האבן מיר זוכה געווען צו האבן די וואך שבת ביי אונזער
הייליגע שבת'דיגע סעודה ,איך ווייס אפילו נישט אויב די פיש וואס יוסף
מה
אליעזר לך לך נעימות
מוקיר שבת האט געהאט איז געווען אזוי גוט ווי די פיש וואס מיר האבן דא
יעצט ביי אונזער הייליגע שבת'דיגע סעודה ,ווייל די פיש וואס מיר האבן
דא יעצט ביי אונזער הייליגע שבת'דיגע סעודה איז דאך אזא געשמאקע
פיש ,און די פיש וואס מיר האבן דא יעצט ביי אונזער הייליגע שבת'דיגע
סעודה איז דאך ממש" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש".
און גלייך נאך דעם האט זיך דער דארפסמאן ווידער אמאל געגעבן א רוף ָאן
צו זיין רעבעצין ,אז זאג נאר רעבעצין טייערע ,עס איז דא עפעס א
געשמאקע יוך די וואך" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש"!?..
האט איהם זיין רעבעצין גע'ענטפערט ,זיכער ..זיכער מיין טייערע מאן,
זיכער איז דא די וואך א געשמאקע יוך" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש" ,און זיין
רעבעצין האט איהם טאקע דעמאלט'ס גלייך אריין געברענגט נאך צוויי
באנדל'עך אויף צוויי קליינע טעלער'ס ,און דער דארפסמאן האט
דעמאלט'ס אויף געגעסן איין באנדל ,און זיין רעבעצין האט דעמאלט'ס
אויף געגעסן דעם צווייטן באנדל.
און ווי נאר דער דארפסמאן האט ָאן געהויבן צו עסן די הארט'ע באנדל,
האט ער זיך דעמאלט'ס גלייך געגעבן א רוף ָאן הויעך אז ַאה ..אזא
געשמאקע "יוך" האבן מיר זוכה געווען צו האבן די וואך ביי אונזער
הייליגע שבת'דיגע סעודה ,די יוך וואס מיר האבן דא יעצט ביי אונזער
הייליגע שבת'דיגע סעודה איז דאך אזוי געשמאק ,און ווי נאר דער
דארפסמאן האט גע'ענדיגט עסן די יוך [די הארט'ע באנדל] ,האט ער
דעמאלט'ס גלייך ָאן געהויבן צו זינגען זמירות שבת קודש מיט א קאך און
מיט א ברען ,און מיט גרויס" :חֵ שֶ ק".
מו
אליעזר לך לך נעימות
און שפעטער האט זיך דער דארפסמאן ווידער אמאל געגעבן א רוף ָאן צו
זיין רעבעצין ,אז ..זאג נאר רעבעצין טייערע ,עס איז דא פלייש די וואך:
"לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש"!?..
האט איהם זיין רעבעצין גע'ענטפערט ,זיכער ..זיכער איז דא פלייש די
וואך" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש" ,עס איז דא "עופות" די וואך ,און עס איז אויך
דא "בקר" די וואך ,און עס איז אויך דא נאך גוטע געשמאקע מאכלים ,האט
דער דארפסמאן געזאגט דעמאלט'ס פאר זיין רעבעצין ,אז אזוי !?..נו ..מען
קען עס שוין טאקע אריין ברענגען צו די שבת'דיגע סעודה.
און זיין רעבעצין האט איהם טאקע דעמאלט'ס גלייך אריין געברענגט נאך
צוויי באנדל'עך אויף צוויי קליינע טעלער'ס ,און דער דארפסמאן האט
דעמאלט'ס אויף געגעסן איין באנדל ,און זיין רעבעצין האט דעמאלט'ס
אויף געגעסן דעם צווייטן באנדל.
און נאך דעם האט זיך דער דארפסמאן ָאן גערופן צו זיין רעבעצין ,אז איך
מיין אז איך האב שוין צו פיל געגעסן ,איך קען שוין מער נישט עסן ,און
ממילא לאמיר "טאנצן" יעצט" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש" ,און דער דארפסמאן
האט זיך טאקע דעמאלט'ס גלייך גענומען טאנצן" :לְ כָּבוֹּד שַ בָּ ת קו ֶֹּדש" מיט
"ש ְמחָּ ה" און מיט א מורא'דיגע ליכטיגע פנים ,און ער האט
א מורא'דיגעִ :
דעמאלט'ס געטאנצן א לענגער'ע צייט לכבוד דעם הייליגן "שבת קודש".
און דא ..האבן זיך שוין די חסידים מער נישט געקענט איין האלטן ,און זיי
האבן זיך אלע גענומען שמייכלען איינער צום צווייטן ,ווייל עס איז דאך
געווען א מורא'דיגע "מחזה" צו זעהן אזא אינטרעסאנט'ע מעשה ווי א
מז
אליעזר לך לך נעימות
פשוט'ע דארפסמאן פריידט זיך אזוי שטארק מיט דעם הייליגן שבת קודש
נאך מער ווי מיט אלע זאכן וואס ער פארמאגט נאר ,און זיי האבן דא אלע
ָאן געהויבן צו שמייכלען איינער צום צווייטן.
און ווען די חסידים זענען צוריק ָאן געקומען אהיים צו דעם הייליגן בעל שם
טוב הק' ,האט זיי דעמאלט'ס דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט אזוי ,אז
וויסן זאלט איר ,אז די סיבה פארוואס איך האב ענק געשיקט צו יענעם
דארפסמאן איז ,ווייל איך האב געוואלט אז ענק זאלן זיך אויס לערנען וואס
דאס מיינט אז א יודיש קינד פריידט זיך פשוט מיט דעם הייליגן "שבת
קודש" אלייןָ ,אן קיין שום אנדערע צו געהערן.
ווייל א מענטש קען זיך דאך אמאל פארגעסן ,און א מענטש קען דאך נאך
אמאל מיינען ,אז שבת קודש איז נאר שבת קודש ווייל די פיש איז געלונגען,
אדער ווייל די פלייש איז געלונגען ,אדער ווייל די זופ איז געלונגען ,אדער
ווייל די פלייש איז געלונגען ,אדער ווייל די קוגל איז געלונגען ,אדער ווייל
די טשולנט איז געלונגען.
אבער א אמת'ע ערליכע יוד דארף דאך אבער וויסן ,אז מען דארף זיך פרייען
מיט דעם הייליגן שבת קודש "אליין" ,און נישט מיט די געשמאקע
"עסנווארג" וואס מען עסט שבת קודש ,נאר אזוי ווי צדיקים האבן
געטייטש'ט ,אז" :אִ כְ להּו הַ יוֹּם" – אז מען דארף עסן דעם "טאג" אליין!..
און יא טייערע יודן ,דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין בפירוש
אין פרשת בשלח (קפיטל ט"ז פסוק כ"ה) ,אז" :אִ כְ להּו הַ יוֹּם" – אז דעם
טאג "אליין" זאלסטו אויף עסן ,און נישט אז "אין" דעם טאג זאלסטו עסן
מח
אליעזר לך לך נעימות
גוטע זאכן ,נאר דו זאלסט זיך זעטיג'ן מיט דעם הייליגן "שבת קודש" אליין,
"ש ְמחָּ ה" שבת קודש אז דו האסט ב"ה זוכה
און דו זאלסט טאנצן פארִ :
געווען צו רוען אין דעם הייליגן טאג פון שבת קודש צוזאמען מיטן הייליגן
"ש ְמחָּ ה" שבת קודש אז דו
באשעפער [כביכול] ,און דו זאלסט טאנצן פארִ :
האסט ב"ה זוכה געווען צו זיין א חלק פון דעם גרויסן בונד וואס דער
אייבערשטער האט געמאכט" :בֵ ינִי ּובֵ ין בְ נֵי י ְִש ָּראֵ ל".
און דו ביזט גערעכט טאקע אז מען דארף מענג זיין דעם הייליגן שבת קודש
מיט געשמאקע מאכלי שבת ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש
אין פסוק אין ישעיה הנביא (קפיטל נ"ח פסוק י"ג) ,אז" :וְ קָּ ָּראתָּ לַשַ בָּ ת
עֹּ נֶג" ,אבער די שאלה איז נאר וואס עס גייט פאסירן ביי דיר אין שטוב אויב
עס וועט פעלן אמאל א קליין מאכל ,אדער אויב איין מאכל וועט זיין אמאל
צו געזאלצן ,הַ א !?..דעמאלט'ס וועט דער הייליגער "שבת קודש" נאך אלץ
בלייבן ביי דיר דער הייליגער "שבת קודש" !?..אדער דעמאלט'ס וועסטו
זיך שוין ח"ו פארלירן אינגאנצן און דו וועסט דעמאלט'ס גלייך ָאן הייבן צו
שרייען קולי קולות וברקים אויף אלע דיינע שטוב מענטשן!?..
עס איז אמת טאקע אז די עבודה פון זיך פרייען מיטן הייליגן "שבת קודש"
אליין איז טאקע גאר גאר א גרויסע עבודה ,אבער מען דארף אבער וויסן ,אז
עס עקזעסטירט אזא סארט עבודה ,און עס פארלאנגט זיך פון א יעדע יודיש
קינד אז ער זאל זיך קענען פרייען מיטן הייליגן "שבת קודש" אליין.
און ווען די חסידים פון דעם הייליגן בעל שם טוב הק' זענען צוריק געקומען
צום הייליגן בעל שם טוב הק' ,האט זיי דעמאלט'ס דער הייליגער בעל שם
טוב הק' געזאגט ,אז ווען ענק וואלטן נישט געגעבן דעם שמייכל ביים סוף,
מט
אליעזר לך לך נעימות
דעמאלט'ס וואלט איך ענק ארויף געברענגט אויף די זעלבע הויעכ'ע
מדריגה וואו דער דארפסמאן איז געווען דעמאלט'ס.
אבער וויבאלד ענק האבן יא געלאכט פון די הייליגע עבודה פון דעם
דארפסמאן ,קען איך ענק שוין נישט ארויף ברענגען אויף די זעלבע מדריגה
ווי דער דארפסמאן ,און ענק קענען שוין נישט ָאן קומען צו די זעלבע
מדריגה ווי דער דארפסמאן איז.
אבער ווען ענק וואלטן נישט געלאכט פון דעם דארפסמאן בשעת ווען ער
האט מכבד געווען דעם הייליגן "שבת קודש" כפי יכולתו ,און ענק וואלטן
ָאן געקוקט ערנס'ט זיין הייליגע עבודה ווי אזוי ער פריידט זיך מיט דעם
הייליגן "שבת קודש" אליין ,דעמאלט'ס וואלטן ענק יא געקענט ָאן קומען
צו די זעלבע הויעכ'ע מדריגה ווי יענע דארפסמאן.
און כדי אז מען זאל פארשטיין די טיפ'קייט פון דעם ענין וואס דאס מיינט
אז מען דארף טוהן א מצוה "ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן" ,דארף
מען דאך קודם גוט אריין נעמען אין קאפ דעם הייליגן מאמר וואס דער
הייליגער רבי ישראל סאלאנט'ער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל האט אמאל
געזאגט ,ווייל דער הייליגער רבי ישראל סאלאנט'ער האט זיך דאך שוין
אמאל ָאן גערופן צו זיינע תלמידים און געזאגט ,אז אפילו אויב מען וואלט
געוואוסט בידיעה גמורה אז מען באקומט "גיהנם" אויף א יעדע "מצוה",
און אויף א יעדע "עבירה" באקומט מען "גן עדן" ,וואלט מען אבער נאך
אלץ געדארפט טוהן "מצוות" און נישט קיין "עבירות".
נ
אליעזר לך לך נעימות
איי פארוואס !?..די תירוץ אויף דעם איז דאך שוין זייער פשוט ,ווייל וואס
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,אז דו זאלסט
הייסט פארוואס !?..דאס איז דאך דיָּ :
טוהן "מצוות" ,און נישט קיין "עבירות" ,און דאס איז דאך וואס דער
אייבערשטער וויל פון דיר ,ווייל דער אייבערשטער וויל דאך אז מיר זאלן
אלע טוהן "מצוות" ,און אויב דער אייבערשטער וויל אזוי ,דעמאלט'ס גייען
מיר דאס צו שטעלן ,אפילו אויב עס וועט אונז אפ קאסטן "גיהנם"!..
ווייל א אמת'ע" :עֶ בֶ ד" פון א קעניג קוקט דאך נישט אויף "זיך" ,נאר א
אמת'ע" :עֶ בֶ ד" פון א קעניג קוקט דאך שטענדיג נאר אויפן "קעניג" ,און
אויב דער קעניג וויל אזוי ,דעמאלט'ס איז ער זיך אינגאנצן מבטל פארן
"רצוֹּן הַ מֶ לְֶך".
ַארעָּ א" ,און ער טוט דעמאלט'ס גלייך דעםָּ :
קעניג" :כְ עַ פְ ָּרא ְד ְ
און מיר האבן דאך שוין טאקע מער מאריך געווען איבער דעם ענין ביי די
יום טוב פון" :רֹּאש הַ שָּ נָּה" בשעת ווען מיר האבן ארום גערעדט וועגן דעם
שר וואס האט זיך גענומען טאנצן און שפרונגען בשעת ווען ער האט
געהערט אז עס גייט קומען די געבורט'ס טאג פון דעם קעניג טראץ דעם
וואס ער איז געזעצן אין תפיסה דעמאלט'ס מוכן להריגה ,און ער האט
דעמאלט'ס געהאלטן און איין זאגן אז עס קומט דאך די געבורט'ס טאג פון
דעם קעניג !..עס קומט דאך די געבורט'ס טאג פון דעם קעניג !..האט איהם
אבער איינער געפרעגט דעמאלט'ס ,אז דו זיצט דאך דא אין תפיסה מוכן
להריגה !?..און ממילא פארוואס פרייסטו זיך דא אזוי שטארק!?..
האט איהם דער גרויסער שר גע'ענטפערט דעמאלט'ס ,אז די סיבה פארוואס
איך פריי זיך יעצט אזוי שטארק איז ,ווייל איך בין דאך מחונך געווארן יארן
לאנג אז מען קוקט נישט אויף "זיך" ,נאר מען קוקט אויפן גרויסן "קעניג",
נא
אליעזר לך לך נעימות
און אויב עס גייט קומען דעם קעניג'ס געבורט'ס טאג ,דעמאלט'ס טאנץ איך
ָאן א שיעור ,און איך פריי זיך דעמאלט'ס גאר גאר שטארק ,און עס איז מיר
נישט קיין שום נפקא מינה וואס עס וועט זיין מיט "מיר" ,ווייל איך בין דאך
"בטל ומבוטל" פארן גרויסן "קעניג".
און ממילא יא ר יוד ,א יעדע יוד דארף זיין "בטל ומבוטל" פארן גרויסן:
"מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָּכִ ים הַ קָּ דוֹּש בָּ רּוְך הּוא" ָאן קיין שום אייגענ'ע רצונות.
און אזא ווארט איז דאך א מורא'דיגע לימוד פאר א יעדע יודיש קינד בכל
מצב שהוא ,ווייל א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג וויסן ,אז איך דארף
טוהן דאס וואס דער "אייבערשטער" וויל פון מיר אז איך זאל טוהן יעצט,
און דו ביזט גערעכט טאקע אז" :עֲבו ַֹּדת הַ שֵ ם" איז אסאך מאל א זיסע זאך
און א געשמאקע זאך ,אבער דא ליגט טאקע די "נסיון" פון א מענטש ,וואס
הייסט !?..ווייל דו האסט דאך דא גאר גאר א גרויסע "נסיון" מקיים צו זיין
"מצְ וַת הַ תו ָֹּּרה" בלויז ווייל עס איז "געשמאק".
די הייליגעִ :
"מצְ וַת הַ תו ָֹּּרה" איז דאך טאקע
און די אמת איז דאך ,אז די הייליגעִ :
"געשמאק" ,ווייל עס איז דאך טאקע גאר גאר בא'טעמ'ט צו עסן געשמאקע
מאכלי שבת אין דעם הייליגן טאג פון שבת קודש און זינגען" :זְ ִמירוֹּת
ִשירוֹּת וְ תִ ְשבָּ חוֹּת לְ מֶ לְֶך אֵ -ל חַ י וְ קַ יָּם" און זיך שפירן דערהויבן און נאנט
צום אייבערשטן ,עס איז דאך טאקע גאר גאר א געשמאקע זאך.
אבער דאס איז דאך טאקע דיין גרויסן "נסיון" דא ,ווייל פון איין זייט
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ווייל עס איז פשוט "געשמאק" דאס
קענסטו טוהן דעםָּ :
צו טוהן ,אבער פון די צווייטע זייט קענסטו דאך אבער אויך טוהן דעם:
נב
אליעזר לך לך נעימות
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ווייל "דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן צו טוהן",
ָּ
און דו קענסט דאך דעמאלט'ס אויך אינזין האבן ביי דיר אין קאפ אז איך
שוֹּת נַחַ ת
טוה טאקע נאר די הייליגע מצוה" :כְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
רּוחַ לְ הַ בוֹּרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְשמ ֹּו בְ שֵ ם כָּל י ְִש ָּראֵ ל" ,און ממילא קומט דאך אויס פון
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך".
דעם אז עס איז דא צוויי סארטן נסיונות איןָּ :
"רצוֹּן הַ שֵ ם
א) ווייל עס איז דאך דא אמאל א נסיון "יא" צו טוהן דעםָּ :
יִתְ בָּ ַרְך" ווען דו ווילס'ט דאס "נישט" טוהן ,נאר דו ווילס'ט דעמאלט'ס
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,צו ווייל עס איז דיר נישט
טוהן פארקערט פון דעםָּ :
באקוועם צו טוהן דעמאלט'ס דאס וואס דער אייבערשטער פארלאנגט
דעמאלט'ס פון דיר ,אדער ווייל עס איז קומט דיר ָאן שווער צו טוהן
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,און דעמאלט'ס איז טאקע דיין עבודה
דעמאלט'ס דעםָּ :
מקיים צו זיין דעם" :בַ טֵ ל ְרצ ֹּונְָך ִמפְ נֵי ְרצוֹּנוֹּ" – און דעמאלט'ס איז טאקע
"רצוֹּן" פארן דיין עבודה אז דו זאלסט דעמאלט'ס מבטל זיין דייןָּ :
"רצוֹּן הַ שֵ ם
"רצוֹּן" ,און דו זאלסט דעמאלט'ס יא טוהן דעםָּ :
אייבערשטנ'סָּ :
יִתְ בָּ ַרְך".
ב) אבער מצד שני איז דאך אבער אויך דא אמאל אינגאנצן א אנדערע סארט
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,און דאס איז ,ווען דער אייבערשטער הייסט
נסיון איןָּ :
דיר אמאל עפעס טוהן ,און בדרך אגב איז דאס טאקע אויך גאר גאר
"געשמאק" און "בא'טעמ'ט" דאס צו טוהן ,און דעמאלט'ס איז דאך שוין
דא אינגאנצן א אנדערע סארט נסיון ,ווייל דעמאלט'ס איז דאך דא די נסיון
פון זיך קענען מצמצם זיין די מחשבה און טראכטן אז איך בין מקיים די
מצוה נאר "ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן" ,און איך טוה דאס
נג
אליעזר לך לך נעימות
טאקע בלויז" :כְ ֵדי ַלעֲשוֹּת ְרצ ֹּונְָך אֱֹלקַ י חָּ פָּ צְ תִ י ּוכְ ֵדי ַלעֲשוֹּת ְרצוֹּן ָאבִ ינּו
שוֹּת נַחַ ת רּוחַ לְ הַ בוֹּרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְשמ ֹּו
שֶ בַ שָּ מַ יִם ּוכְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
בְ שֵ ם כָּל י ְִש ָּראֵ ל" ,און עס איז אמת טאקע אז די מצוה איז טאקע גאר גאר
"געשמאק" און גאר גאר "בא'טעמ'ט" ,אבער נישט "וועגן דעם" טוה איך
די מצוה ,נאר איך טוה די מצוה "ווייל דער אייבערשטער האט אזוי
געהייסן" ,און אפילו אויב די מצוה וואלט נישט געווען אזוי געשמאק און
בא'טעמ'ט ,וואלט איך דאס אבער נאך אלץ געטוהן.
"רצוֹּן הַ שֵ ם
און" :הַ ְשתָּ א ְדָאתִ ית לְ הָּ כִ י" אז איך וואלט אויך געטוהן דעםָּ :
יִתְ בָּ ַרְך" ווען עס איז נישט אזוי געשמאק און בא'טעמ'ט ,קומט דאך
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך"
דעמאלט'ס אויס פון דעם ,אז יעצט טוה איך אויך דעםָּ :
נאר "ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן צו טוהן" ,און נישט ווייל
עס איז "געשמאק" אדער "בא'טעמ'ט".
און דער הייליגער אור החיים הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך אין די
וואכעדיגע פרשה א מורא'דיגע לשון אויף אברהם אבינו ,ווייל דער
הייל יגער אור החיים הק' זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין די וואכעדיגע
פרשה ,וזלה"ק ,אז" :שֶ אֲפִ לּו קַ ל שֶ בַ קַ לִ ים" – אז אפילו א" :קַ ל שֶ בַ קַ לִ ים" –
אפילו א יוד וואס איז ל"ע א" :קַ ל" ,און ער ברענט נישט אזוי שטארק פארן
אייבערשטנ'ס וועגן ,אבער" :כְ שֶ יִ ְראֶ ה כָּל הַ תוֹּעָּ לִ יוֹּת" – אבער ווען ער וועט
זעהן די אלע גוטע "תוצאות" וואס עס וועט ארויס קומען פון אזא נסיעה
וואס אברהם אבינו האט דא געדארפט מאכן ,איז" :יְמַ הֵ ר לִ סַ ע" – וואלט
דאך געלאפן כדי אוועק צו פארן פון זיין היים און פון זיין לאנד ,ווייל
נד
אליעזר לך לך נעימות
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ווען ער
וועלכע נע ר וואלט נישט געלאפן צו טוהן דעםָּ :
זעהט וויפיל גאלדענ'ע גליק'ן ער גייט דא יעצט באקומען פאר דעם!?..
זאגט אונז אבער דער הייליגער אור החיים הק' ווייטער דא ,אזָּ " :לזֶה הו ִֹּדיעַ
הַ כָּתּוב צִ ְדקּות ֹּו שֶ ל ַאבְ ָּרהָּ ם" – אז טאקע וועגן דעם האט אונז די פסוק
מודיע געווען אין די וואכעדיגע פרשה די "צדקות" פון אברהם אבינו ,און
די פסוק האט אונז דא מודיע געווען ,אז די סיבה פארוואסַ " :ו ֵילְֶך ַאבְ ָּרם" –
אז די סיבה פארוואס אברהם אבינו איז געגאנגען איז טאקע געווען נאר
וויילַ " :כאֲשֶ ר ִדבֶ ר אֵ לָּיו יהו-ה" – ווייל דער אייבערשטער האט איהם
געהייסן גיין.
און די פסוק קומט אונז דא לאזן הערן ,אז ..ניין ,אברהם אבינו איז אויס
דרוק'לעך נישט געגאנגען וויבאלד דער אייבערשטער האט איהם צו געזאגט
אזעלכע גרויסע גאלדענ'ע הבטחות אויב ער וועט גיין ,נארַ " :ו ֵילְֶך ַאבְ ָּרם" –
נאר אברהם אבינו איז געגאנגען בלויז וועגן איין סיבה ,און דאס איז געווען,
וויילַ " :כאֲשֶ ר ִדבֶ ר אֵ לָּיו יהו-ה" – ווייל דער אייבערשטער האט איהם אזוי
געהייסן צו טוהן.
און אברהם אבינו איז דאך דא געגאנגען מיט איין איינציגע כוונה ,און די
איין א יינציגע כוונה איז געווען" :כְ ֵדי ַלעֲשוֹּת ְרצ ֹּונְָך אֱֹלקַ י חָּ פָּ צְ תִ י ּוכְ ֵדי
שוֹּת נַחַ ת רּוחַ
ַלעֲשוֹּת ְרצוֹּן ָאבִ ינּו שֶ בַ שָּ מַ יִם ּוכְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
לְ הַ בוֹּרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְשמוֹּ".
און דער הייליגער אור החיים הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע דא אויך
ווייטער בפירוש ,אז" :כִ י מַ ה שֶ הָּ לְַך ֹלא לְ צַ ד הַ בְ טָּ חוֹּת הָּ אֲמּורוֹּת אֶ לָּא ַלעֲשוֹּת
נה
אליעזר לך לך נעימות
ְדבַ ר יהו-ה" – אז אברהם אבינו איז אויס דרוק'לעך נישט געגאנגען ווייל
דער אייבערשטער האט איהם געהאט צו געזאגט אזעלכע גרויסע גאלדענ'ע
הבטחות אויב ער וועט גיין ,נאר די סיבה פארוואס אברהם אבינו איז
"רצוֹּן הַ שֵ ם
געגאנגען איז געווען ,ווייל ער האט געוואלט טוהן דעםָּ :
יִתְ בָּ ַרְך" ,און ביי דעם האט זיך ָאן געהויבן זיין גיין ,און ביי דעם האט זיך עס
גע'ענדיגט ,אלעס נאר" :כְ ֵדי ַלעֲשוֹּת ְרצוֹּן ָאבִ ינּו שֶ בַ שָּ מַ יִם".
און דער הייליגער אור החיים הק' איז דאך אונז שוין טאקע אויך מסביר
דעם ענין אסאך אסאך טיפער אין די וואכעדיגע פרשה ,ווייל דער הייליגער
אור החיים הק' זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין די וואכעדיגע פרשה ,אז
עס איז דאך שוין באקאנט פאר א יעדעם איינעם ,אז עס איז דאך דא א
גרויסע נפקא מינה צווישן "אמירה" מיט "דיבור".
ווייל מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז די לשון "דיבור" מיינט דאך א
דיבור "קשה" – א שטרענג'ע וועג פון רעדן ,אבער משא"כ די לשון
"אמירה" מיינט א לשון "רכה" – א ווייעכ'ע וועג פון רעדן.
און ווי אזוי הייבט זיך ָאן אונזער וואכעדיגע פרשה די וואך !?..מיט די
ווערטערַ " :ויֹּאמֶ ר" יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם – אז דער אייבערשטער האט גערעדט
"זייער ווייעך" צו אברהם אבינו ,און דער אייבערשטער האט דא געזאגט
פאר אברהם אבינו ,אז גיי אברהם ,גיי ,ווייל עס וועט דיר גוט זיין אויב דו
וועסט גיין.
און דו וועסט באקומען אלעס אויף דער וועלט אויב דו וועסט מיר פאלגן,
עד כדי כך ..אז א יעדער איינער וועט דיר "מקנא" זיין ,און א יעדער איינער
נו
אליעזר לך לך נעימות
וועט וואונטש'ן פאר זיינע קינדער אז" :תְ הֵ א כְ ַאבְ ָּרהָּ ם" – א יעדער איינער
וועט וואונטש'ן פאר זיינע קינדער אז זיי זאלן אויס וואקסן ווי דיר "אברהם
אבינו".
אבער וואס שטייט ווייטער אין פסוק !?..די תירוץ אויף דעם איז ,אז
ווייטער אין פסוק שטייט ,אזַ " :ו ֵילְֶך ַאבְ ָּרם" – אז אברהם אבינו איז
"דבֶ ר" אֵ לָּיו יהו-ה – אברהם אבינו איז געגאנגען אויף א
געגאנגעןַ :כאֲשֶ ר ִ
אופן כאילו דער אייבערשטער וואלט גערעדט צו איהם "שטרענגערהייט"
אז ער "מוז" גיין ָאן קיין שום "הבטחות".
און יא טייערע ליכטיגע יודן ,אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו איז
געגאנגען מיט א" :תְ ִמימּות" ָאן קיין שום חשבונות ,און ער האט נישט
געמאכט קיין שום חשבונות ,ווייל אויב דער אייבערשטער הייסט "גיין",
דעמאלט'ס "גייט מען" ,איי ..עס איז דאך דא אזוי פיל גוטע ברכות און
הבטחות וואס דער אייבערשטער גייט מיר דא געבן פאר דעם!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,אז דאס איז טאקע געווען די "נסיון" פון אונזער
הייליגע זיידע אברהם אבינו ,די "נסיון" פון אונזער הייליגע זיידע אברהם
אבינו איז געווען ,אז דער אייבערשטער האט איהם דא געזאגט אזוי ,אז ..גיי
אוועק פון דיין שטוב ,און פון דיין לאנד ,און גיי וואו איך וועל דיר ווייזן צו
גיין ,און איך זאג דיר צו אברהם "בהבטחה גמורה" אז עס ווארט דיר אפ פון
דעם שענסט'ן און בעסט'ן וואס דו קענסט זיך נאר חלומ'ן אויב דו וועסט
מיר פאלגן.
נז
אליעזר לך לך נעימות
און "יעצט" לאמיר זעהן "פארוואס" דו וועסט גיין ,דו וועסט יעצט גיין
וועגן די אלע גוטע ברכות און הבטחות וואס איך האב דיר צו געזאגט!?..
אדער דו וועסט גייןַ " :כ ֲאשֶ ר ִדבֶ ר אֵ לָּיו יהו-ה" – אדער דו וועסט גיין "ווייל
דער אייבערשטער האט דיר געהייסן אז דו זאלסט גיין"!?..
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם אזוי ,אז בעצם וואלט דאך אברהם
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" דורך דעם וואס ער גייט
אבינו געקענט טוהן דעםָּ :
אוועק פון זיין שטוב און פון זיין לאנד" :בִ תְ ִמימּות ּובִ פְ ִשיטּות" ,און ער
וואלט נאך אפילו געהייסן א" :עוֹּבֵ ד יהו-ה" פאר דעם אויך.
ווייל דער "אייבערשטער" איז דאך דער וואס האט איהם געהייסן "גיין",
און צוזאמען מיט דעם גאנצן פעקל וואס הייסט "גיין" ,האט דאך איהם דער
א ייבערשטער אויך אריין געלייגט כל מיני ברכות און הבטחות פון גוטע
קינדער מיט אסאך געלט און דאס גלייכן ,און ממילא וואס זאל ער טוהן!?..
דער אייבערשטער האט דאך איהם געגעבן כל מיני גוטע ברכות און
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך"!?..
הבטחות דורך דעם וואס ער טוט דעםָּ :
אבער ניין ר' יוד ,ווייל עס איז דאך אויך דא נאך א וועג ווי אזוי מען קען
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,און דאס איז דאך טאקע ,אז א מענטש טוט
טוהן דעםָּ :
א געוויסע פעולה "ווייל דער אייבערשטער האט מיר אזוי געהייסן טוהן",
און" :כְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י" – און כדי אויס צו פירן די באפעל פון מיין
הייליגן טאטן אין הימל ,און וועגן דעם טוה איך דאס טאקע" ,ווייל דער
אייבערשטער האט מיר געהייסן אז איך זאל דאס טוהן".
נח
אליעזר לך לך נעימות
און וועגן דעם זאגט דאך אונז שוין טאקע דער הייליגער אפטא רב זכותו יגן
עלינו ועל כל ישראל די וואך אין די פרשה ,אז די שטן איז געקומען צו
אברהם אבינו ,און ער האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז דו ווייסט
אברהם !?..דו ווייסט וואס די ברכה פון" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל" מיינט !?..עס
מיינט אז דו וועסט האבן "אסאך קינדער" ,און דו ווייסט וואס נאך
אברהם !?..דו ווייסט וואס די ברכה פוןַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך" מיינט !?..עס מיינט אז
דו וועסט האבן "אסאך געלט" ,און דו ווייסט וואס נאך אברהם !?..דו
ווייסט וואס די ברכה פוןַ " :ו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" מיינט !?..עס מיינט אז דו וועסט
האבן א "גוטע נאמען" און די גאנצע וועלט וועט רעדן פון דיר אברהם!?..
דו הערס'ט אברהם וואס דו גייסט דא באקומען פאר דיין "גיין" !?..דו
גייסט דאך דא באקומען גאלדענ'ע גליק'ן פאר דיין "גיין".
האט אבער אברהם אבינו צוריק גע'ענטפערט פארן שטן ,אז ..ניין ניין ניין
הער שטן ,דו האסט נישט גוט פארשטאנען דעם פשט אין פסוק דא ,ווייל
נישט דאס איז די פשט פון די אלע ווערטער וואס דו האסט דא אויס
גערעכנט.
"דבָּ ר ַאחֵ ר" – נאר עס איז דא אינגאנצן א אנדערע פשט אויף די אלע
נארָּ :
ווערטער וואס דו האסט דא אויס גערעכנט ,און דו ווילס'ט וויסן די אמת'ע
פשט פון די ווערטער !?..גוט ,בסדר ,איך וועל דיר זאגן די אמת'ע פשט פון
די ווערטער פון דעם פסוק דא ,די אמת'ע פשט פון די ווערטער פון דעם
פסוק דא איז ,אז" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל" איז" :אֱֹלקֵ י ַאבְ ָּרהָּ ם" ,אוןַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך"
איז" :אֱֹלקֵ י יִצְ חָּ ק" ,אוןַ " :ו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" איז" :אֱֹלקֵ י ַיעֲקֹּ ב" ,און" :וֶהְ יֵה
בְ ָּרכָּה" איז" :מָּ גֵן ַאבְ ָּרהָּ ם".
נט
אליעזר לך לך נעימות
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז די אלע ברכות
דערציילן מיר נאר איין זאך ,און דאס איז ,אז דער" :אֱֹלקֵ י ַאבְ ָּרהָּ ם" און
דער" :אֱֹלקֵ י יִצְ חָּ ק" און דער" :אֱֹלקֵ י ַיעֲקֹּ ב" און דער" :מָּ גֵן ַאבְ ָּרהָּ ם" האט
מיר געהייסן "גיין" !..און דאס איז די גאנצע "תוכן" וואס איך האב ארויס
גענומען פון די גאנצע מצוה פון "גיין" ,וואס איז די גאנצע "תוכן" וואס
איך האב ארויס גענומען פון די גאנצע מצוה פון "גיין"!?..
די גאנצע "תוכן" וואס איך האב ארויס גענומען פון די גאנצע מצוה פון
"רצוֹּן",
"גיין" איז ,אז דער "אייבערשטער" האט מיר געהייסן טוהן זייןָּ :
און דאס איז די גאנצע "תוכן" וואס איך האב ארויס גענומען פון די גאנצע
מצוה פון "גיין" ,וואס !?..דער "הייליגער באשעפער".
און דאס איז דאך די איינציגסט'ע זאך וואס איך זעה דא ,ווייל איך זעה דאך
נישט דא קיין שום הבטחות ,און איך זעה דאך נישט דא קיין שום ברכות,
און איך זעה דאך נישט דא קיין שום גרויסע פעלקער ,און איך זעה דאך
נישט דא קיין סך קינדער ,און איך זעה דאך נישט דא קיין גוט'ן נאמען ,און
איך זעה דאך נישט דא קיין סך געלט ,ווייל איך גיי דען עפעס וועגן
"געלט" !?..אדער וועגן "קינדער" !?..אדער וועגן א "גוט'ן נאמען"!?..
קיינמאל נישט ,ווייל די באפעל וואס איך האב באקומען צו "גיין" האב איך
דאך באקומען פון דעם גרויסן" :אֱֹלקֵ י ַאבְ ָּרהָּ ם" ,און פון דעם גרויסן" :אֱֹלקֵ י
יִצְ חָּ ק" ,און פון דעם גרויסן" :אֱֹלקֵ י ַיעֲקֹּ ב" ,און פון דעם גרויסן" :מָּ גֵן
ַאבְ ָּרהָּ ם" – די באפעל וואס איך האב באקומען צו "גיין" האב איך דאך
באקומען פון דעם "הייליגן באשעפער" אליין.
ס
אליעזר לך לך נעימות
און ווען דער אייבערשטער הייסט מיר "גיין" ,דעמאלט'ס איז דאך מיין
"מצְ וַת בו ְֹּראִ י" ,און עס אינטערעסירט דאך
גרעסטע הנאה מקיים צו זייןִ :
מיר אפילו נישט די אלע גוטע הבטחות וואס דער אייבערשטער האט מיר
דא צו געזאגט אז איך וועל עס באקומען אויב איך וועל "גיין".
און ממילא דאס האט דא אברהם אבינו צוריק גע'ענטפערט פארן שטן,
אברהם אבינו האט דא צוריק גע'ענטפערט פארן שטן ,אז דו מיינס'ט טאקע
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ווייל דער אייבערשטער האט מיר צו
אז איך טוה דעםָּ :
געזאגט אז ער גייט מיר געבן אסאך גוטע זאכן!?..
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" בלויז" :לְ שֵ ם
קיינמאל נישט ,ווייל איך טוה דאך דעםָּ :
שָּ מַ יִם" ,און איך טוה דאך דעםָּ " :רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" פאר איין איינציגע
סיבה ,און דאס איז" :כְ ֵדי ַלעֲשוֹּת ְרצוֹּן ָאבִ ינּו שֶ בַ שָּ מַ יִם ּוכְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת
שוֹּת נַחַ ת רּוחַ לְ הַ בוֹּרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְשמוֹּ".
בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
און ממילא זיי מיר נישט מסביר מיט גאנצע'טע טיפע הסברים וואס די אלע
גוטע ברכות מיינען ,ווייל די אלע זאכן קומען דאך סיי ווי סיי נישט אריין
דא ,ווייל איך גיי דאך סיי ווי סיי נאר "ווייל דער אייבערשטער האט מיר
געהייסן גיין" ,און נישט ווייל איך גיי באקומען אזא סארט "ברכה" אדער
אזא סארט "הבטחה".
און אברהם אבינו האט דא ווידער אמאל געזאגט פארן שטן ,אז איך וואלט
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" אויף א פאל וואס עס
אפילו געווען גרייט צו טוהן דעםָּ :
וואלט יא געקענט זיין אייגענ'ע נגיעות "נישט" צו פאלגן.
סא
אליעזר לך לך נעימות
און מען זעהט דאך שוין טאקע קלאר בפירוש ,אז ווען דער אייבערשטער
האט געזאגט פאר אברהם אבינו אז ער זאל שעכט'ן זיין זוהן יצחק ,האט זיך
דעמאלט'ס אברהם אבינו נישט צוריק געהאלטן פאר קיין איין רגע.
און לאמיר דיר נאר פרעגן הער שטן ,דארטן ביי די "עקידה" איז דען געווען
אייגענ'ע נגיעות צו שעכט'ן א אייגן קינד !?..זיכער נישט ,אבער אפילו אזוי
זעהט מען דאך ..אז אברהם אבינו איז דאס געווען גרייט אויס צו פירן.
און שפעטער ווען אברהם אבינו האט געהערט דעם בת קול וואס האט אויס
גערופן הויעך אז "שעכט נישט דיין זוהן יצחק" !..נאר נעם איהם שוין
אראפ פון דעם מזבח !..וואס האט אברהם אבינו געטוהן דעמאלט'ס אין
אזא צייט!?..
פארשטייט זיך אז אברהם אבינו [דער געטרייע סאלדאט] האט דעמאלט'ס
גלייך גע'ענטפערט אז ..זיכער ,זיכער וועל איך אראפ נעמען מיין זוהן יצחק
פון דעם מזבח ,ווייל אויב דער אייבערשטער זאגט "אראפ" ,דעמאלט'ס איז
"אראפ" ,אבער וואס וואלט זיך דעמאלט'ס געקענט אריין כאפן אין די מח
פון אברהם אבינו!?..
עס וואלט זיך דאך דעמאלט'ס געקענט אריין כאפן אין די מח פון אברהם
אבינו אזא קליינע מחשבה'לע אז ַאה ..ברוך השם ..ברוך השם אז מען איז
נאר אפ געקומען מיט שרעק ,און אברהם אבינו וואלט דאך דעמאלט'ס
געקענט טראכטן צו זיך ,אז ַאה ..געבענטש'ט זאל זיין דער הייליגער
באשעפער וואס הייסט מיר טוהן אזעלכע זאכן ווי "אראפ נעמען מיין טייער
קינד פון דעם מזבח העולה".
סב
אליעזר לך לך נעימות
אבער ..ניין ,אברהם אבינו האט נישט געטראכט דעמאלט'ס אזוי ,נאר די
ֱֹלקים אַ תָּ ה
פסוק איז "מעיד" אויף אברהם אבינו ,אז" :עַ תָּ ה" י ַָּדעְ תִ י כִ י יְרֵ א א ִ
– אז "יעצט" בין איך ערשט געוואויר געווארן איז דו ביזט א" :יְרֵ א
ֱֹלקים אַ תָּ ה"!?..
ֱֹלקים" ,און דו ווייסט ווען עס איז :עַ תָּ ה י ַָּדעְ תִ י כִ י "יְרֵ א א ִ
א ִ
ערשט ביי דעם" :וְ ֹלא חָּ שַ כְ תָּ אֶ ת בִ נְָך אֶ ת י ְִח ְידָך ִממֶ נִי" – ערשט ווען מען
האט שוין געהאלטן נאך דעם "נסיון" און אברהם אבינו האט דאך שוין
דעמאלט'ס געקענט אראפ נעמען זיין טייער קינד יצחק פון דעם מזבח ,ווייל
דארטן וואלט זיך דאך שוין געקענט אריין כאפן נגיעות ווי "נאך א מזל אז
מיין טייער קינד יצחק איז למעשה נישט געשאכטן געווארן".
אבער עס איז נישט געווען אזוי ,נאר אברהם אבינו האט דעמאלט'ס אראפ
גענומען יצחק פון די עקידה מיט די זעלבע" :חֵ שֶ ק" וואס ער האט איהם
ארויף געלייגט אויף די עקידה ,ווייל אלעס איז דעמאלט'ס בלויז געטוהן
געווארןַ " :כאֲשֶ ר ִדבֶ ר אֵ לָּיו יהו-ה" – אלעס איז דעמאלט'ס בלויז געטוהן
געווארן "ווייל דער אייבערשטער האט דאך איהם אזוי געהייסן צו טוהן",
און מיט דעם כוונה איז אלעס געטוהן געווארן דעמאלט'סָ ,אן קיין שום
אייגענ'ע נגיעות ,און ָאן קיין שום אייגענ'ע אינטערעס'ן.
און ממילא דאס זאגט דא דער אייבערשטער פאר אברהם אבינו אין פרשת
וירא ביי די פרשה פון די עקידה (קפיטל כ"ב פסוק י"ב) נאך דעם וואס דער
אייבערשטער האט שוין געהייסן אברהם אבינו אז ער זאל אראפ נעמען זיין
זוהן יצחק פון דעם מזבח ,אז" :עַ תָּ ה" י ַָּדעְ תִ י – אז "יעצט" זעה איך ערשט
ֱֹלקים אַ תָּ ה" – יעצט זעה איך ערשט איין מיט א
איין מיט א אמת" :כִ י יְרֵ א א ִ
ֱֹלקים" ,ווען!?..
אמת אז דו ביזט טאקע א אמת'ע" :יְרֵ א א ִ
סג
אליעזר לך לך נעימות
ביי דעם" :וְ ֹלא חָּ שַ כְ תָּ אֶ ת בִ נְָך אֶ ת י ְִח ְידָך ִממֶ נִי" ,און נישט פריער ,ווייל
פריער איז דאך נישט געווען קיין שום חידוש אז דו האסט נישט געהאט קיין
"רצוֹּן
שום אייגענ'ע נגיעות צו שעכט'ן דיין זוהן יצחק און מקיים זיין דעםָּ :
הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,ווייל ווער האט דען א נגיעה צו שעכט'ן א איינציג אויס
געבעטן קינד!?..
אבער יעצט ווען דער אייבערשטער האט דיר שוין געגעבן "רשות" אראפ צו
נעמען דיין זוהן יצחק פון דעם מזבח ,דוקא "יעצט" לאמיר זעהן אז דו
זאלסט דאס טוהן ָאן קיין שום אייגענ'ע נגיעות ,און דוקא "יעצט" לאמיר
זעהן אז דו זאלסט אראפ נעמען דיין טייער קינד יצחק פון דעם מזבח ָאן
קיין שום אייגענ'ע נגיעות ,נאר דו זאלסט יעצט אראפ נעמען דיין טייער
קינד יצחק פון דעם מזבח וויילַ " :כאֲשֶ ר ִדבֶ ר אֵ לָּיו יהו-ה" – ווייל דער
אייבערשטער האט דיר יעצט געהייסן צו טוהן אזוי.
און דער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז
לאמיר זעהן אברהם אז דו זאלסט יעצט אראפ נעמען דיין איינציג באליבט
קינד פון דעם מזבח העולה מיט דעם איינציג'ן כוונה פון" :כְ ֵדי ַלעֲשוֹּת ְרצוֹּן
שוֹּת נַחַ ת רּוחַ לְ הַ בוֹּרֵ א
ָאבִ ינּו שֶ בַ שָּ מַ יִם ּוכְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
יִתְ בָּ ַרְך ְשמוֹּ" ,ווייל דאס איז דאך שוין טאקע א מורא'דיגע מדריגה.
און עס איז אמת טאקע אז אברהם אבינו האט טאקע געהערט דעם בת קול
וואס האט אויס גערופן אזַ" :אל תִ ְשלַח י ְָּדָך אֶ ל הַ נַעַ ר וְ ַאל תַ עַ ש ל ֹּו ְמאּומָּ ה"
– און עס איז אמת טאקע אז אברהם אבינו האט טאקע געהערט דעם בת קול
וואס האט אויס גערופן אז "טוה גארנישט פאר דיין זוהן יצחק" ,אבער וואס
וואלט א נארמאל'ע מענטש געזאגט ווען ער הערט די ווערטערַ" :אל תִ ְשלַח
סד
אליעזר לך לך נעימות
י ְָּדָך אֶ ל הַ נַעַ ר וְ ַאל תַ עַ ש ל ֹּו ְמאּומָּ ה" – אבער וואס וואלט א נארמאל'ע
מענטש געזאגט ווען ער הערט די ווערטער "אז דו דארפס'ט למעשה נישט
שעכט'ן דיין איינציג קינד"!?..
א נארמאל'ע מענטש וואלט דאך דעמאלט'ס לכאורה געזאגט ,אז וואס
זאגסטו מיר דא !?..איך דארף למעשה "נישט" שעכט'ן מיין איינציג
קינדַ !?..אה מחיה ..הייסט אז עס איז גארנישט געווארן סוף כל סוף מיט די
גאנצע עקידה !?..יאַ !?..אה מחיה ..עס איז דאך ממש מורא'דיג ,ווייל עס
איז דאך ממש" :תו ָֹּּרה ּוגְ דלָּה בְ מָּ קוֹּם אֶ חָּ ד".
ווייל פון איין זייט הייס איך דאך יעצט גאר גאר א גרויסע" :עוֹּבֵ ד יהו-ה
בֶ אֱמֶ ת" אין אלע הימלען ,ווייל איך בין דאך געווען גרייט מקריב צו זיין
מיין איינציג קינד פארן הייליגן באשעפער.
און פון דעם צווייטן זייט בין איך דאך אבער אויך סוף כל סוף ארויס א
געווינער ,ווייל איך בין דאך סוף כל סוף געבליבן מיט מיין טייער איינציג
קינד "יצחק" ,ווייל סוף כל סוף האט מען דאך מיר גע'פטר'ט פון הימל פון
צו שעכט'ן מיין איינציג קינד יצחק ,און ממילא עס איז דאך ממש" :תו ָֹּּרה
ּוגְ דלָּה בְ מָּ קוֹּם אֶ חָּ ד" ,און עס איז דאך ממש "מורא'דיג".
אבער ..ניין ,אברהם אבינו האט נישט געזאגט אזוי נאכן הערן די בת קול אז
ער דארף נישט שעכט'ן זיין איינציג קינד ,נאר אברהם אבינו האט
דעמאלט'ס געזאגט ,אז אויב דער אייבערשטער האט מיר געהייסן אראפ
נעמען מיין זוהן יצחק פון דעם מזבח ,דעמאלט'ס וועל איך דאס טוהן "פאר
איין איינציגע סיבה" ,און דאס איז" :כְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י" – כדי מקיים
סה
אליעזר לך לך נעימות
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,און נישט מיט געפילן פון
צו זיין מיט דעם דיָּ :
ראטעווען מיין איינציג אויס געבעטן קינד יצחק פון צו ווערן געשאכט'ן.
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם ,אז די עבודה פון א מענטש איז ,אז
"מצְ וַת הַ תו ָֹּּרה" וואס דו האסט סיי ווי סיי ליב צו
דוקא ביי די פשוט'עִ :
טוהן ,און עס איז גראדע א "מצוה" ,דוקא דארטן זאלסטו דאס טוהן מיט די
איין איינציגע כוונה פון" :כְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י" – ווייל דער
אייבערשטער האט אזוי געהייסן טוהן.
און ..יא ,וועגן דעם בין איך מקיים די מצוה דא ,ווייל דער אייבערשטער
האט מיר אזוי געהייסן טוהן ,און נישט ווייל עס איז גאר גאר א געשמאקע
בא'טעמ'טע מצוה ,נאר ווייל דער אייבערשטער האט מיר געהייסן צו טוהן
אזוי ,און דאס איז דאך טאקע די עיקר ,ווייל די עיקר איז דאך ,דיין ריינע:
שוֹּת נַחַ ת
" ַכ ָּּונַת הָּ אֶ חָּ ד" וואס דאס איז דאך" :כְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
רּוחַ לְ הַ בוֹּרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְשמ ֹּו בְ שֵ ם כָּל י ְִש ָּראֵ ל".
און חז"ל (מנחות דף :ק"י ע"א) זאגן דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש,
אזּ" :ובִ לְ בַ ד שֶ יִתְ ַכּוֵן לִ בוֹּ" – אז די עיקר כוונה וואס א מענטש דארף אינזין
האבן בשעת ווען ער טוט א מצוה איז ,אז איך טוה דאס נאר" :לַשָּ מַ יִם" –
אז איך טוה דאס נאר" :לְ שֵ ם שָּ מַ יִם" – אז איך טוה דאס נאר פארן
אייבערשטנ'ס וועגן ,און נישט ווייל עס איז געשמאק ,נאר איך טוה דאס נאר
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" ,און איך
ווייל איך וויל מיט דעם מקיים זיין דעםָּ :
טוה דאס נאר ווייל איך וויל מיט דעם פאר שאפן א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן
הייליגן באשעפער.
סו
אליעזר לך לך נעימות
און אויב א יודיש קינד איז מקיים א מצוה מיט דעםַ " :כ ָּּונַת הָּ אֶ חָּ ד",
באקומט דאך דעמאלט'ס די מצוה איר ריכטיג'ן שלימות ,ווייל ווען א יודיש
קינד איז מקיים דעם :וְ עָּ שּו "לִ י" ִמ ְק ָּדש ,וואס דאס מיינט דאך צו זאגן אין
אנדערע ווערטער ,אז א יודיש קינד דארף טוהן אלע :עִ ְנ ָּינֵי ְקדּושָּ ה "לְ שֵ ם
שָּ מַ יִם" מיט דעםַ " :כ ָּּונַת הָּ אֶ חָּ ד" וואס דאס איז דאך" :לִ י לִ ְש ִמי" ,באקומט
דאך דעמאלט'ס זיין מצוה איר ריכטיג'ן שלימות.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם ווארט" :לִ י" ,ווייל
די ווארט" :לִ י" – איז דאך טאקע אויך גימטריא :מ' ,און די מפרשים זאגן
דאך אונז שוין טאקע אויף דעם בפירוש ,אז די אות מ' ווייזט דאך אויף א:
"עֲבו ָֹּּדה תַ מָּ ה ּותְ ִמימָּ ה" – די אות מ' ווייזט דאך אויף א שלימות'דיגע
עבודה.
ווייל יא טייערע יודן ,ווען א יודיש קינד טוט א מצוה אויף דעם אופן פון:
וְ עָּ שּו "לִ י" ִמ ְק ָּדש – ווען א יודיש קינד טוט א מצוה מיט דעםַ " :כ ָּּונַת
שוֹּת נַחַ ת רּוחַ
הָּ אֶ חָּ ד" מיטן מחשבה פון" :כְ ֵדי לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
לְ הַ בוֹּרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְשמ ֹּו בְ שֵ ם כָּל י ְִש ָּראֵ ל" ,באקומט ער דאך דעמאלט'ס צוריק
"מ ָּדה כְ ֶנגֶד ִמ ָּדה" פון דעם הייליגן באשעפער ,אז" :וְ שָּ ַכנְתִ י
באצאלטִ :
בְ ת ֹּוכָּם" – אז דער אייבערשטער וועט אראפ קומען רוען צווישן יודישע
קינדער ,און ער וועט מאכן רוען זיין הייליגע שכינה הק' צווישן אונז.
און דאס אלעס איז מען זוכה ..ווען מען געדענקט דעם אמת'ןַ " :כ ָּּונַת
הַ ִמצְ וָּה" ,וואס דאס איז דאך ,דעםַ " :כ ָּּונַת הָּ אֶ חָּ ד" ,און מען פארגעסט נישט
ח"ו פון דעם הייליגן באשעפער בשעת ווען מען באשעפטיגט זיך מיט די
"מצְ וַת הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" ,נאר מען איז מקיים דעם ענין פון" :זְ כֹּ ר
הייליגעִ :
סז
אליעזר לך לך נעימות
אֶ ת בו ְֹּראֶ יָך" וגו' ,און מען לעבט טאג טעגליך מיט דעם הייליגסט'ן יסוד פון
"שּוִ יתִ י יהו-ה לְ נֶגְ ִדי תָּ ִמיד" – צו האלטן דעם
א יודיש קינד וואס רופט זיךִ :
אייבערשטן פאר די אויגן פיר און צוואנציג שעה א טאג.
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אלע אויך ,אז עס ווערט דאך שוין געברענגט
אין די ספרים הק' ,אז איינער פון די צעהן נסיונות וואס אברהם אבינו איז א
דורך געגאנגען איז געווען ,צו באגראבן שרה אמינו.
אבער לכאורה איז דאך דאס זייער שווער צו פארשטיין ,ווייל וואס הייסט אז
אברהם אבינו האט געהאט "נסיון" צו באגראבן שרה אמינו !?..וואס איז
אזוי שווער געווען צו באגראבן א מענטש !?..און פארוואס זאל דאס הייסן
א "נסיון" בכלל !?..וואס איז שוין געווען די גרויסע "נסיון" צו באגראבן
שרה אמינו!?..
און די פשוט'ע תירוץ אויף דעם איז ,אז די סיבה פארוואס "קבורת שרה"
ווערט ָאן גערופן א "נסיון" איז ,ווייל אברהם אבינו איז דאך געווען
דעמאלט'ס אינגאנצן פאר פלאנטער'ט מיט" :עֶ פְ רוֹּן הַ ִחתִ י" בשעת ווען ער
האט געדארפט באגראבן שרה ,און אברהם אבינו האט זיך דאך דעמאלט'ס
געדארפט קריגן אויפן פרייז פון די "מערת המכפלה" ,און ממילא וועגן דעם
ווערט "קבורת שרה" ָאן גערופן א "נסיון" ,אבער דאס איז דאך בעצם גאר
גאר א שוואכע תירוץ.
און די אמת'ע תירוץ פארוואס "קבורת שרה" ווערט ָאן גערופן א "נסיון"
איז ,ווייל מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז עס איז דאך דא א מצוה
אין דער הייליגער תורה הק' צו טוהן" :חֶ סֶ ד עִ ם הַ מֵ תִ ים" ,און מאכן" :הַ לְ ָּויַת
סח
אליעזר לך לך נעימות
הַ מֵ ת" ,און דאס רופט זיך דאך ָאן" :חֶ סֶ ד שֶ ל אֱמֶ ת" ,און דאס איז דאך א
מצוה אין די תורה ,אז וואס !?..צו טוהן אזא סארט" :חֶ סֶ ד" וואס" :שֶ אֵ ינ ֹּו
ְמצַ פֶ ה לְ תַ ְשלּום גְ מּול" – צו טוהן אזא סארט" :חֶ סֶ ד" וואס דו ווארטס'ט
נישט אז דער מקבל זאל דיר אמאל צוריק באצאלן פאר דעם.
און א טויט'ע מענטש גייט דאך דיר שוין קיינמאל נישט קענען צוריק
באצאלן אויף דעם" :חֶ סֶ ד" וואס דו טוס'ט דא מיט איהם אז דו געבס'ט זיך
בּורת הַ מֵ ת"
"ק ַדא אפ מיט זיין קבורה ,און ממילא וועגן דעם ווערט טאקעְ :
ָאן גערופן א" :חֶ סֶ ד שֶ ל אֱמֶ ת" ,ווייל א" :חֶ סֶ ד שֶ ל אֱמֶ ת" מיינט ,אזא סארט:
"חֶ סֶ ד" וואס" :שֶ אֵ ינ ֹּו ְמצַ פֶ ה לְ תַ ְשלּום גְ מּול" – אזא סארט" :חֶ סֶ ד" וואס דו
ווארטס'ט נישט אז דער מקבל זאל דיר אמאל צוריק באצאלן עפעס פאר
דעם ,און ממילא קומט דאך אויס פון דעם ,אז ווען א מענטש קומט צו א
"לויה" לא עלינו ולא עליכם ,און ער דארף דעמאלט'ס באגראבן א נפטר,
האט ער דעמאלט'ס צוויי געמישט'ע געפילן אין זיך.
א) אז די סיבה פארוואס איך וויל באגראבן דעם טויט'ן מענטש איז ,ווייל
עס איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז א נאנט'ע קרוב משפחה זאל זיך אפ
געבן מיט די קבורה פון א נאנט'ע קרוב משפחה ,און עס איז דאך נישט מער
ווי א נארמאל'ע זאך צו באגראבן א קרוב משפחה.
ב) אבער פון די אנדערע זייט איז דאך אבער אויך דא אויף מיר א מצות עשה
דאורייתא פוןַ " :לעֲשוֹּת חֶ סֶ ד עִ ם הַ מֵ תִ ים הַ נ ְִק ָּרא חֶ סֶ ד שֶ ל אֱמֶ ת" ,און על פי
תורה האב איך דאך א "חיוב גמור" צו באגראבן דעם טויט'ן מענטש דא.
סט
אליעזר לך לך נעימות
איי ..פארוואס !?..די תירוץ אויף דעם איז ,אז וואס הייסט פארוואס!?..
ווייל אזוי האט דאך דער אייבערשטער געהייסן ,ווייל דער אייבערשטער
האט דאך אונז שוין געגעבן די געוואלדיגע גרויסע מצוה פון" :הַ לְ ָּויַת
הַ מֵ ת" ,און דער אייבערשטער האט דאך אונז שוין געגעבן די געוואלדיגע
גרויסע מצוה פוןַ " :לעֲשוֹּת חֶ סֶ ד עִ ם הַ מֵ תִ ים הַ נ ְִק ָּרא חֶ סֶ ד שֶ ל אֱמֶ ת".
אבער מצד ראשון ..וויל איך דאך אבער סיי ווי סיי מאכן די "לויה" ,ווייל
עס איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז איך זאל באגראבן א קרוב משפחה.
אבער דאס א יז דאך טאקע די "נסיון" פון א מענטש ביי א לויה ,ווייל פון
איין זייט קענסטו באגראבן דעם טויט'ן מענטש דא ווייל עס איז דאך נישט
מער ווי א נארמאל'ע זאך.
אבער פון די אנדערע זייט קענסטו באגראבן דעם טויט'ן מענטש דא ווייל
דער אייבערשטער האט געהייסןַ " :לעֲשוֹּת חֶ סֶ ד עִ ם הַ מֵ תִ ים הַ נ ְִק ָּרא חֶ סֶ ד שֶ ל
אֱמֶ ת" ,און דאס איז די "נסיון" וואס א מענטש פארמאגט בשעת ווען ער
געבט זיך אפ מיט די קבורה פון א טויט'ע מענטש.
און ממילא וועגן דעם קומט טאקע די מדרש דא ,און די מדרש איז דא קלאר
מעיד ,אז די פסוק וואס עס שטייט אין משלי (קפיטל כ"א פסוק כ"א) אז:
"רו ֵֹּדף צְ ָּדקָּ ה וָּחֶ סֶ ד י ְִמצָּ א חַ יִ ים" גייט ארויף אויףַ" :אבְ ָּרהָּ ם שֶ בָּ א לִ גְ מֹּ ל חֶ סֶ ד
עִ ם שָּ ָּרה אִ ְשתוֹּ" – גייט ארויף אויף אברהם אבינו בשעת ווען ער האט
באגראבן שרה אמינו.
ע
אליעזר לך לך נעימות
ווייל יא ר' יוד ,דאס וויל אונז דא די פסוק פון" :רו ֵֹּדף צְ ָּדקָּ ה וָּחֶ סֶ ד" וגו'
לאזן הערן ,די פסוק פון" :רו ֵֹּדף צְ ָּדקָּ ה וָּחֶ סֶ ד" וגו' וויל אונז דא לאזן הערן,
אז די סיבה פארוואס אברהם אבינו האט באגראבן שרה אמינו איז אויס
דרוק'לעך נאר געווען ווייל אברהם אבינו איז געווען א" :רו ֵֹּדף צְ ָּדקָּ ה
"מצְ וַת בו ְֹּרא ֹּו שֶ צִ ָּּוהּו ַלעֲשוֹּת חֶ סֶ ד
וָּחֶ סֶ ד" ,און ער האט געוואלט מקיים זייןִ :
שֶ ל אֱמֶ ת עִ ם הַ מֵ תִ ים" ,און "נאר" וועגן דעם האט ער באגראבן שרה אמינו,
ווייל ער האט געוואלט מאכן א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן הייליגן באשעפער דורך
"רצוֹּן" ,און נישט ווייל עס איז א נארמאל'עדעם וואס ער וועט טוהן זייןָּ :
שוֹּת
זאך צו באגראבן א ווייב וואס איז אוועק פון די וועלט ,נאר" :כְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
נַחַ ת רּוחַ לְ הַ בוֹּרֵ א יִתְ בָּ ַרְך ְשמ ֹּו בְ שֵ ם כָּל י ְִש ָּראֵ ל".
און ממילא קומט דאך אויס פון דעם אזוי ,אז אברהם אבינו האט געהאט די
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ווייל ער גייט באקומען פאר דעם
ברירה צו טוהן דעםָּ :
כל מיני גוטע זאכן ,אבער ..ניין ,אברהם אבינו האט דאס נישט געטוהן פאר
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" וויילַ " :כאֲשֶ ר ִדבֶ ר
דעם ,נאר ער האט געטוהן דעםָּ :
אֵ לָּיו יהו-ה" – ווייל דער אייבערשטער האט איהם אזוי געהייסן צו טוהן.
און דער הייליגער שפת אמת זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך ,אז די ווארט:
"ַאבְ ָּרם" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבותַ " :רבוֹּת מַ חֲשָּ בוֹּת בְ לֶב אִ יש",
ווייל יא ר' יוד ,ווען אברהם אבינו האט געהערט פון דעם אייבערשטן אז ער
גייט באקומען גאר אסאך גוטע זאכן אויב ער וועט "גיין" ,וואלט ער דאך
דעמאלט'ס רואיגערהייט געקענט האבן גאר גאר אסאך" :מַ חֲשָּ בוֹּת" אז יא..
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,ווייל
עס לוינט זיך דאך מיר גאר שטארק צו טוהן דעםָּ :
איך גיי דאך דא באקומען אזעלכע גוטע זאכן פאר דעם.
עא
אליעזר לך לך נעימות
אבערַ :ועֲצַ ת יהו-ה "הִ יא" תָּ קּום – אבער דער אייבערשטער האט איהם צו
געלייגט א אות ה' צו זיין נאמען ,און די אות ה' ווייזט דאך אויפן
"אייבערשטן" כידוע ,ווייל ווען מען וויל שרייבן דעם אייבערשטנ'ס נאמען,
דעמאלט'ס שרייבט מען דאך די אות ה' מיט א שטרעכל פון אויבן כידוע.
און ממילא ד ער אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר אברהם אבינו,
אז" :הֲרֵ ינִי מוֹּסִ יף ה' עַ ל ְשמֶ ָך" – אז איך גיי צו לייגן א אות ה' צו דיין
נאמען ,וויילַ :ועֲצַ ת יהו-ה "הִ יא" תָּ קּום – ווייל יא אברהם טייערע ,נאר דער
"אייבערשטער" איז געווען דיין וועג ווייזער דורך אויס אלע דיינע יארן און
טעג ,און קיין שום אנדערע זאך איז דאך דיר אפילו נישט געווען
אינטרעסאנט חוץ פון דעם ,נאר דו האסט שטענדיג געלעבט מיטן
אייבערשטן פיר און צוואנציג שעה א טאג.
און דו ווילס'ט וויסן פארוואסַ" :אבְ ָּרם" האט באקומען דעם נאמען:
"ַאבְ ָּרהָּ ם" !?..וויילַ :ועֲצַ ת יהו-ה "הִ יא" תָּ קּום – ווייל אברהם אבינו האט
דאך געהאלטן און איין זאגן אזַ :ועֲצַ ת יהו-ה "הִ יא" תָּ קּום – ווייל אברהם
אבינו האט דאך געהאלטן און איין זאגן אז נאר די" :עֵ צוֹּת" פון דעם
אייבערשטן דארף בלייבן שטיין ביי מיר אין קאפ ,און נאר די" :עֵ צוֹּת" פון
דעם אייבערשטן דארף זיך אויף האלטן ביי מיר אין קאפ.
"מצְ וַת הַ תו ָֹּּרה",
און די ווארט" :עֵ צוֹּת" גייט דאך ארויף אויף די הייליגעִ :
ווייל דער הייליגער זוהר הק' זאגט דאך אונז שוין קלאר בפירוש ,אז די
הייליגע" :תַ ְריַ"ג ִמצְ וַת הַ תו ָֹּּרה" ווערט דאך ָאן גערופן זעקס הונדערט און
דרייצן" :עֵ צוֹּת".
עב
אליעזר לך לך נעימות
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז דו ווייסט פארוואס:
"ַאבְ ָּרם" האט באקומען דעם נאמעןַ" :אבְ ָּרהָּ ם"!?..
ווייל אברהם אבינו האט דאך שטענדיג געהאלטן און איין זאגן אזַ :ועֲצַ ת
יהו-ה "הִ יא" תָּ קּום – ווייל אברהם אבינו האט דאך שטענדיג געהאלטן און
איין זאגן אז נאר די" :עֵ צוֹּת" פון דעם אייבערשטן וועלן שטענדיג בלייבן
שטיין ביי מיר אין קאפ ,און נאר די" :עֵ צוֹּת" פון דעם אייבערשטן וועלן
שטענדיג האבן א "תקומה" ביי מיר אין קאפ ,און מיט די אלע" :עֵ צוֹּת" פון
דעם אייבערשטן וועל איך זיך טאקע שטענדיג פירן טאג טעגליך ,און אפילו
אזא פשוט'ע זאך ווי באגראבן שרה וועל איך אויך נאר טוהן וויבאלד עס
איז דאך איינער פון די" :עֵ צוֹּת" פון דעם אייבערשטן – און אפילו אזא
פשוט'ע זאך ווי באגראבן שרה וועל איך אויך נאר טוהן וויבאלד עס איז
דאך איינער פון די "מצוות" וואס עס שטייט אין דער הייליגער תורה הק'.
און דאס איז די סיבה פארוואסַ" :אבְ ָּרם" האט באקומען דעם נאמען:
"ַאבְ ָּרהָּ ם" ,די סיבה פארוואסַ" :אבְ ָּרם" האט באקומען דעם נאמען:
"ַאבְ ָּרהָּ ם" איז ,ווייל ער איז דאך שטענדיג געווען אינגאנצן אוועק געגעבן
פארן הייליגן באשעפער ,פיר און צוואנציג שעה א טאג ,פיר און צוואנציג
שעה א טאג איז דאך זיין הארץ געווען אינגאנצן איבער געגעבן פארן
הייליגן באשעפער.
און מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע א יעדן טאג ביים דאווענען ,אז" :אַ תָּ ה
ֱֹלקים אֲשֶ ר בָּ חַ ְרתָּ בְ ַאבְ ָּרם" – אז דו ביזט דאך דער הייליגער
הּוא יהו-ה הָּ א ִ
באשעפער וואס האט אויס געקליבן אברהם אבינו ,און" :וְ הוֹּצֵ את ֹּו מֵ אּור
כ ְַש ִדים" – און דו האסט דאך איהם ארויס גענומען פון די ברענענ'דיגע
עג
אליעזר לך לך נעימות
קאלעך אויווען ,אבער דו ווייסט פארוואס :וְ שַ ְמתָּ ְשמ ֹּו "ַאבְ ָּרהָּ ם" – אבער
דו ווייסט פארוואס ער האט באקומען דעם נאמעןַ" :אבְ ָּרהָּ ם"!?..
וויילּ" :ומָּ צָּ אתָּ אֶ ת לְ בָּ ב ֹּו ֶנאֱמָּ ן לְ פָּ נֶיָך" – ווייל דו האסט דאך געטראפן זיין
"הארץ" באגלייבט פאר דיר שטענדיג ,ווייל אברהם אבינו האט דאך א יעדע
זאך נאר געטוהן "פארן אייבערשטנ'ס וועגן" ,און אין קיין שום זאך וואס ער
האט געטוהן איז דאך נישט געלעגן באהאלטן קיין שום אייגענ'ע
אינטערעס'ן אדער אייגענ'ע חשבונות פון באקומען גאלדענ'ע גליק'ן ,נאר
אלע זיינע פעולות זענען געווען בלויז מיט איין איינציגע מטרה ,און דאס
שוֹּת נַחַ ת רּוחַ לְ הַ בוֹּרֵ א
איז דאך געווען" :כְ ֵד י לְ קַ יֵם ִמצְ וַת בו ְֹּראִ י ּוכְ ֵדי ַל ֲע ֹּ
יִתְ בָּ ַרְך ְשמ ֹּו בְ שֵ ם כָּל י ְִש ָּראֵ ל".
און ממילא וועגן דעם האט אברהם אבינו באקומען דעם אות ה' אין זיין
נאמען ,ווייל ער האט דאך שטענדיג געלעבט מיט דעםַ :ועֲצַ ת יהו-ה "הִ יא"
תָּ קּום – ווייל ער האט דאך שטענדיג געלעבט מיט די" :עֵ צוֹּת" פון דעם
הייליגן באשעפער – ווייל ער האט דאך שטענדיג געלעבט מיט דער
הייליגער "תורה" הק' ,און ער האט דאך שטענדיג מקיים געווען דעם:
"הִ תְ הַ לְֵך לְ פָּ נַי וֶהְ יֵה תָּ ִמים".
איי ..וועט איינער אבער פרעגן ,אז וואס איז דאס בכלל נוגע צו אונז!?..
מיר שפירן דאך אסאך מאל אז מיר זענען דאך נאך אזוי ווייט פון טוהן
מצוות בלויז" :לְ שֵ ם שָּ מַ יִם" !?..און ממילא וואס ווילסטו פון מיר
טאטעניו !?..איך בין דאך נאך אזוי ווייט פון טוהן מצוות בלויז" :לְ שֵ ם
שָּ מַ יִם" !?..און ממילא וואס איז דאס בכלל נוגע צו אונז!?..
עד
אליעזר לך לך נעימות
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז עס איז אמת טאקע אז דו שפירס'ט אסאך
אמאל אז דו ביזט נאך זייער ווייט פון צו טוהן דעםָּ :רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך
"לְ שֵ ם שָּ מַ יִם" ,אבער אפילו אזוי דארף דאך אבער א מענטש שטענדיג וויסן
"דבָּ ר
אויף אזוי פיל ,אז אפילו אויב דו האסט שוין יא אמאל געטוהן אָּ :
טוֹּב" אין" :עֲבו ַֹּדת הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,זאלסטו נישט דעמאלט'ס זאגן פארן
"דבָּ ר
אייבערשטן אז נו ..איך האב דאך היינט געטוהן אזא מורא'דיגעָּ :
טוֹּב" פאר דיר ,און ממילא באצאל מיר שוין אויף דעם ,און זיי מיר שוין:
"מַ כִ יר טוֹּב" אויף מיינע גוטע מעשים וואס איך האב געטוהן היינט פאר
דיר ,ניין ניין ניין ,זאג נישט אזוי פארן אייבערשטן.
ווייל דער אייבערשטער ווארט דאך אז דו זאלסט האבן אביסעל'ע "ביטול"
צו איהם ,און אויב דו ביזט זיך אביסעל'ע מבטל פארן אייבערשטן ,און דו
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" בלויז ווייל
זאגס'ט פארן אייבערשטן אז איך טוה דעםָּ :
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,דעמאלט'ס וועט שוין שפעטער
איך וויל טוהן דעםָּ :
נאך קומען דיין" :יְשּועָּ ה ְשלֵמָּ ה ִמן הַ שָּ מַ יִם".
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז קריך אביסעל'ע ארויס
פון אינזין האבן א גאנצן צייט דעם "איך מיך זיך" ,און טראכט נישט א
גאנצן צייט אז ווי אזוי קען "איך" פארדינען נאך עפעס פון די הייליגע:
"מצְ וַת הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" ,נאר טראכט א גאנצן צייט אז איך וויל טוהן
ִ
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך".
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ווייל איך וויל טוהן דעםָּ :
דעםָּ :
און גיי צו צו" :עֲבו ַֹּדת הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" מיט א" :תְ ִמימּות" ,און קוק נישט ָאן:
"עֲבו ַֹּדת הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" אויף א אופן פון "לאמיר זעהן וויפיל ישועות איך קען
עה
אליעזר לך לך נעימות
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" מיט א" :תְ ִמימּות" – טוה
דא מאכן" !?..נאר טוה דעםָּ :
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן טוהן.
דעםָּ :
און מען קען דאס אפשר אביסל בעסער געבן צו פארשטיין מיט א משל,
ווייל עס איז דאך געווען אמאל א קעניג וואס האט געהאט א" :בֶ ן ָּי ִחיד",
און דער" :בֶ ן י ִָּחיד" האט זיך עפעס פאר זינדיגט פאר זיין גרויסן טאטן דער
גרויסער קעניג ,און דער קעניג האט דעמאלט'ס געזאגט פאר זיין קינד ,אז
דו זאלסט וויסן מיין טייער קינד ,אז איך האב דיר טאקע גאר שטארק ליב,
אבער איך בין דאך סוף כל סוף דער גרויסער "קעניג" ,און דו האסט זיך דאך
גאר שטארק פאר זינדיגט פאר מיר ,און דו זאלסט מיר אנטשולדיג'ן מיין
טייער קינד ,אבער איך קען דיר נישט מוחל זיין אזוי שנעל אויף דעם ,און
ממילא וועגן דעם וועסטו מוזן גיין אין גלות פאר גאנצע "פיר חדשים" ,און
דו וועסט מוזן גיין וואנדער'ן איבער שטעט און דערפער ,און דאס וועט זיין
דיין "שטראף" אויף דיין גרויסן זינד וואס דו האסט געטוהן.
און דער קעניג האט דעמאלט'ס ָאן געזאגט פאר זיין קינד ,אז איך לאז דיר
זיך נישט אויף האלטן אויף איין פלאץ דורך אויס די גאנצע פיר חדשים פון
דיין גלות ,נאר דו מוזט וואנדער'ן און וואנדער'ן און וואנדער'ן פון איין
פלאץ צום צווייטן ,און די מערסט'ע צייט וואס דו מעגס'ט זיך אויף האלטן
אויף איין פלאץ איז "צוויי חדשים" ,אבער נאך צוויי חדשים מוזטו זיך
דעמאלט'ס גלייך אויף הייבן און אוועק גיין פון דעם פלאץ וואס דו האסט
זיך אוי ף געהאלטן די ערשטע צוויי חדשים ,און דו מוזט דעמאלט'ס גלייך
ָאן הייבן צו זוכן א נייע פלאץ וואו צו זיין.
עו
אליעזר לך לך נעימות
און "לכתחילה" זאלסטו א יעדן טאג איין שטיין אויף א אנדערע פלאץ,
אבער אויב עס איז נישט מעגליך ,דעמאלט'ס קענסטו זיך אויף האלטן אויף
איין פלאץ ביז "צוויי חדשים" ,אבער נאך "צוויי חדשים" ,מוזטו שוין
אוועק גיין פון דעם ערשט'ן פלאץ וואו דו ביזט געווען און זוכן א נייע
פלאץ וואו צו זיין.
און ווי נאר דער קעניג האט גע'ענדיגט רעדן צו זיין קינד ,האט מען טאקע
דעמאלט'ס גלייך גענומען זיין קינד ,און מען האט איהם דעמאלט'ס גלייך
ָאן געטוהן דארפיש'ע צוריסענ'ע קליידער ,און מען האט איהם דעמאלט'ס
גלייך ארויס געשיקט פון דעם פאלאץ כדי צו גיין אין גלות ,און די זוהן פון
דעם קעניג האט טאקע דעמאלט'ס גלייך ָאן געהויבן צו וואנדער'ן פון
שטאט צו שטאט און פון דארף צו דארף.
ביז ..ער איז ָאן געקומען צו עפעס א קליינע קרעטשמע ,און ער האט זיך
דארטן באזעצט ,און איין שיינעם טאג האט די בעל הבית פון די קרעטשמע
באמערקט ,אז דער קינד וואס האלט זיך אויף ביי איהם אין קרעטשמע פירט
זיך עפעס אויף גאר גאר שיין און גאר גאר מלכות'דיג.
האט דעמאלט'ס דער בעל הבית פון די קרעטשמע גלייך געטראכט צו זיך,
אז עס מוז זיין אז דער קינד קומט פון עפעס א קעניגליכ'ע משפחה ,ווייל
דאס קינד פירט זיך דאך אויף אזוי שיין און אזוי מלכות'דיג און אזוי
מסודר'דיג ,האט דער בעל הבית פון די קרעטשמע מחליט געווען ,אז ..דאס
איז עס ,איך מוז אויס געפונען וואס דא גייט פָּ אר.
עז
אליעזר לך לך נעימות
און ווען עס איז ָאן געקומען די סוף פון די "צוויי חדשים" ,האט זיך
דעמאלט'ס דער זוהן פון דעם קעניג גלייך אויף געהויבן פון זיין פלאץ ,און
ער האט דעמאלט'ס גלייך צוזאם גענומען אלע זיינע פעקלעך ,און ער האט
זיך שוין צו גע'גרייט צו גיין ווייטער אין זיין וועג.
און דער זוהן פון דעם קעניג איז טאקע דעמאלט'ס גלייך צו געגאנגען צו
דעם בעל הבית פון די קרעטשמע ,און ער האט איהם דעמאלט'ס געזאגט,
אז הער מיר צו הער בעל הבית ,עס איז טאקע געווען גאר גאר געשמאק און
איינגענעם צו זיין דא ,אבער איך מיין אז איך דארף שוין גיין ווייטער אין
מיין וועג.
האט איהם אבער די בעל הבית פון די קרעטשמע געזאגט דעמאלט'ס ,אז
איך וועל דיר זאגן דעם אמת ,דו זעהס'ט מיר אויס ווי דו קומס'ט פון עפעס
א קעניגליכ'ע משפחה ,ווייל איך מוז דיר זאגן קינד מיינ'ס ,דו האסט
געמאכט א מורא'דיגע רושם ביי מיר ,און איך בין ממש נתפעל געווארן פון
דיין שיינע מלכות'דיגע אויף פירונג.
האט איהם דער זוהן פון דעם קעניג געזאגט ,אז יא מיין פריינד ,דו ביזט
גערעכט טאקע ,עס איז אמת טאקע וואס דו זאגס'ט ,ווייל איך בין דאך
טאקע דער זוהן פון דעם גרויסן קעניג וואס קעניג'ט דא אין לאנד ,אבער
איך האב זיך עפעס איין טאג פאר זינדיגט פאר מיין גרויסן טאטן דער
גרויסער קעניג ,און ממילא וועגן דעם האב איך באקומען א שטראף צו גיין
אין גלות פאר "פיר חדשים".
עח
אליעזר לך לך נעימות
און איך האב זיך טאקע דעמאלט'ס גלייך ארויס געלאזט אויף מיין לאנג'ן
וועג ,און איין שיינעם טאג בין איך ָאן געקומען אהער.
און איך וועל דיר זאגן דעם אמת מיין פריינד ,איך וואלט טאקע נישט
געוואלט דא זיין לכתחילה ,ווייל איך בין דאך א קעניגליכ'ע קינד ,אבער
איך האב דאך נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ,און איך האב דאך
"געמוזט" זיין דא בלית ברירה.
האט איהם אבער די בעל הבית פון די קרעטשמע געפרעגט ,אז זאג מיר נאר
קינד מיינ'ס ,וויפיל חדשים זענען שוין א דורך געגאנגען זייט דו האסט ָאן
געהויבן דיין "גלות"!?..
האט איהם דער זוהן פון דעם קעניג געזאגט ,אז עס איז שוין א דורך
געגאנגען "צוויי חדשים" פון מיין גלות ,און א העלפט פון מיין גלות איז
שוין א דורך געגאנגען.
האט איהם אבער די בעל הבית פון די קרעטשמע געפרעגט ,אז נו ..דו
קענסט דאך רואיגערהייט בלייבן ביי מיר פאר נאך "צוויי חדשים" ,דו מוזט
נישט יעצט אוועק גיין ,און ממילא פארוואס בלייבסטו נישט ביי מיר פאר
נאך צוויי חדשים !?..בלייב ביי מיר ביז דיין גלות וועט זיך ענדיגן.
האט איהם אבער דער זוהן פון דעם קעניג געזאגט דעמאלט'ס ,אז ניין מיין
פריינד ,איך קען נישט בלייבן דא פאר נאך צוויי חדשים ,ווייל מיין טאטע
האט דאך מיר גאר שטרענג ָאן געזאגט און ָאן געווארענט אז איך טאר זיך
דאך נישט אויף האלטן אויף איין פלאץ לענגער ווי "צוויי חדשים" ,און איך
עט
אליעזר לך לך נעימות
האב זיך דאך שוין אויף געהאלטן ביי דיר פאר "צוויי חדשים" ,און ממילא
וועגן דעם מוז איך שוין יעצט אוועק גיין פון דא.
און דער זוהן פון דעם קעניג האט טאקע דעמאלט'ס גלייך אויף געהויבן
זיינע זאכן ,און ער האט זיך דעמאלט'ס ָאן געהויבן צו צו גרייטן פָּ אר צו
זעצן זיין לאנגע רייזע.
אבער ממש פאר ער איז ארויס געגאנגען ,האט ער דעמאלט'ס געגעבן א
פרעג דעם בעל הבית פון דעם קרעטשמע ,אז זאג מיר נאר הער בעל הבית,
וויפיל האט געקאסט מיין דא זיין !?..און וויפיל דארף איך דיר באצאלן
פאר דעם!?..
האט איהם דער בעל הבית פון די קרעטשמע גע'ענטפערט ,אז דיין דא זיין
האט געקאסט "צוויי הונדערט רענדל'עך" ,און דער זוהן פון דעם קעניג
האט טאקע דעמאלט'ס גלייך ארויס גענומען פון זיין טאש די אפ
געשמועסט'ע סומע געלט ,און ער האט דאס דעמאלט'ס גלייך דערלאנגט
פאר דעם בעל הבית אין האנט אריין ,און דער זוהן פון דעם קעניג איז זיך
דעמאלט'ס ווייטער געגאנגען אין זיין וועג אריין.
ביז ..ער איז איין טאג ָאן געקומען צו א אנדערע קרעטשמע ,און ער האט זיך
דעמאלט'ס אויך אויף געהאלטן דארטן פאר גאנצע "צוויי חדשים" ,און די
בעל הבית פון די צווייטע קרעטשמע האט עפעס אויך געשפירט אז עס מוז
זיין אז דער קינד וואס האלט זיך אויף ביי איהם אין קרעטשמע קומט פון
עפעס א קעניגליכ'ע משפחה ,ווייל דאס קינד האט זיך דאך אויף געפירט
דארטן אזוי שיין און אזוי מלכות'דיג און אזוי מסודר'דיג ,און די בעל הבית
פ
אליעזר לך לך נעימות
פון די קרעטשמע האט טאקע דעמאלט'ס גלייך מחליט געווען ,אז ..דאס איז
עס ,איך מוז אויס געפונען וואס דא גייט פָּ אר.
און ווען עס איז ָאן געקומען די סוף פון די "צוויי חדשים" ,האט זיך
דעמאלט'ס דער זוהן פון דעם קעניג גלייך אויף געהויבן פון זיין פלאץ ,און
ער האט דעמאלט'ס גלייך צוזאם גענומען אלע זיינע פעקלעך ,און ער האט
זיך שוין צו גע'גרייט צו גיין ווייטער אין זיין וועג.
און דער זוהן פון דעם קעניג איז טאקע דעמאלט'ס גלייך צו געגאנגען צו די
בעל הבית פון די קרעטשמע ,און ער האט איהם דעמאלט'ס געזאגט ,אז
הער מיר צו הער בעל הבית ,עס איז טאקע געווען גאר געשמאק און גאר
איינגענעם צו זיין דא ביי דיר אין קרעטשמע ,אבער איך מיין אז איך דארף
שוין גיין ווייטער אין מיין וועג.
האט איהם אבער די בעל הבית פון די קרעטשמע געזאגט דעמאלט'ס ,אז
איך וועל דיר זאגן דעם אמת ,דו זעהס'ט מיר אויס ווי דו קומס'ט פון עפעס
א קעניגליכ'ע משפחה ,ווייל איך מוז דיר זאגן קינד מיינ'ס ,דו האסט
געמאכט א מורא'דיגע רושם ביי מיר ,און איך בין ממש נתפעל געווארן פון
דיין שיינע מלכות'דיגע אויף פירונג.
האט איהם דער זוהן פון דעם קעניג געזאגט דעמאלט'ס ,אז יא מיין פריינד,
דו ביזט גערעכט טאקע ,ווייל עס איז אמת טאקע וואס דו זאגס'ט ,ווייל איך
בין דאך טאקע דער זוהן פון דעם גרויסן קעניג וואס קעניג'ט דא אין לאנד,
אבער איך האב זיך עפעס איין טאג פאר זינדיגט פאר מיין גרויסן טאטן דער
פא
אליעזר לך לך נעימות
גרויסער קעניג ,און ממילא וועגן דעם האב איך באקומען א שטראף צו גיין
אין גלות פאר "פיר חדשים".
און איך האב זיך טאקע דעמאלט'ס גלייך ארויס געלאזט אויף מיין לאנג'ן
וועג ,און איין שיינעם טאג בין איך ָאן געקומען אהער.
און איך וועל דיר זאגן דעם אמת מיין פריינד ,איך וואלט טאקע נישט
געוואלט דא זיין לכתחילה ,ווייל איך בין דאך א קעניגליכ'ע קינד ,אבער
איך האב דאך נישט געהאט קיין אנדערע ברירה ,און איך האב דאך
"געמוזט" דא זיין בלית ברירה.
האט איהם אבער די בעל הבית פון די קרעטשמע געפרעגט דעמאלט'ס ,אז
זאג מיר נאר קינד מיינ'ס ,וויפיל חדשים זענען שוין א דורך געגאנגען זייט
דו האסט ָאן געהויבן דיין "גלות" !?..האט איהם דער זוהן פון דעם קעניג
געזאגט ,אז מיין גלות האט זיך דאך שוין גע'ענדיגט יעצט ,ווייל היינט האט
זיך דאך גע'ענדיגט די "פיר חדשים" וואס איך האב געדארפט גיין
וואנדער'ן אין "גלות".
האט איהם דעמאלט'ס די בעל הבית פון די קרעטשמע געזאגט ,אז נו ..איז
דאך זייער פיין ,ווייל דו קענסט דאך שוין יעצט צוריק אהיים גיין צו דיין
טאטנ'ס פאלאץ ,האט איהם דער זוהן פון דעם קעניג געזאגט ,אז ..יא ,דו
ביזט גערעכט ,און איך גיי טאקע שוין יעצט צוריק אהיים גיין צו מיין
טאטנ'ס פאלאץ.
פב
אליעזר לך לך נעימות
אבער גלייך פאר דער זוהן פון דעם קעניג האט געוואלט פאר לאזן דעם
קרעטשמע ,האט ער דעמאלט'ס גלייך געגעבן א פרעג די בעל הבית פון די
קרעטשמע ,אז זאג מיר נאר הער בעל הבית ,וויפיל האט געקאסט מיין
גאנצע דא זיין !?..און וויפיל דארף איך דיר באצאלן פאר דעם!?..
האט איהם די בעל הבית פון די קרעטשמע געזאגט ,אז וואס !?..וואס
זאגסטו מיר דא !?..באצאלן !?..דו דארפס'ט מיר נישט באצאלן ,דו
באצאלס'ט גארנישט ,ווייל א קינד פון דעם קעניג באצאלט נישט ,ווייל עס
איז מיר דאך די גרעסטע זכי' אז איך האב דיר געקענט צו שטעלן אזא
געשמאקע אכסניא וואו צו זיין.
האט איהם אבער דער זוהן פון דעם קעניג געזאגט ,אז וואס הייסט אז איך
באצאל נישט !?..דו ווייסט וויפיל איך האב דא צוזאם געגעסן און צוזאם
געטרינקען !?..וואס הייסט אז איך באצאל נישט !?..איך האב דאך אזוי
פיל געגעסן און אזוי פיל געטרינקען אויף דיין חשבון !?..און ממילא וואס
הייסט אז איך באצאל נישט!?..
האט איהם די בעל הבית פון די קרעטשמע גע'ענטפערט אויף דעם ,ווייל
אזוי ,אזוי איז עס" ,א זוהן פון דעם קעניג באצאלט נישט".
און אזוי ווי דער זוהן פון דעם קעניג האט געזעהן אז די בעל הבית פון די
קרעטשמע וויל בשום אין אופן נישט נעמען געלט פון איהם ,האט ער זיך
דעמאלט'ס בלית ברירה גלייך אויף געהויבן ,און ער איז זיך דעמאלט'ס
גלייך צוריק אהיים געגאנגען צו זיין טאטנ'ס פאלאץ.
פג
אליעזר לך לך נעימות
און ווען דער זוהן פון דעם קעניג איז ָאן געקומען אהיים ,האט ער
דעמאלט'ס גלייך פארציילט פאר זיין גרויסן טאטן די גאנצע מעשה וואס עס
האט זיך דא אפ געשפילט מיט איהם ביי די צוויי בעלי בתים פון די צוויי
קרעטשמע'ס.
האט זיך דעמאלט'ס דער קעניג גלייך געגעבן א רוף ָאן צו זיין זוהן און
געזאגט ,אז ..ניין ,עס גייט נישט פאסירן אזא זאך אז א מענטש האט א טובה
געטוהן פאר מיין זוהן און ער איז נישט באצאלט געווארן פאר דעם ,אזא
זאך טאר דאך נישט פאסירן בשום אין אופן!..
ווייל עס פאסט דאך נישט פאר מיין כבוד אז מיין זוהן האט נישט באצאלט
פאר זיין אכסניא ,און ממילא וועגן דעם האט זיך דעמאלט'ס דער קעניג
גלייך צו שריגן און אויס גערופן הויעך ,אז שוין רופט'ס אהער דעם בעל
הבית פון דעם צווייטן קרעטשמע!..
און ווען די בעל הבית פון דעם צווייטן קרעטשמע איז ָאן געקומען צו דעם
קעניג ,האט איהם דעמאלט'ס דער קעניג גלייך ארום גענומען מיט גרויס
פרייד ,און ער האט זיך דעמאלט'ס גאר שטארק געפריידט מיט איהם ,און
ער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר די בעל הבית פון דעם צווייטן קרעטשמע,
אז ַאה ..ווי וואויל ביזטו אז דו האסט א טובה געטוהן פאר מיין" :בֶ ן י ִָּחיד",
אבער ..איין מינוט ,זאג מיר נאר הער בעל הבית ,וויפיל האט דיר באמת אפ
געקאסט מיין קינד'ס וויילונג ביי דיר !?..און צו וואס פאר א סומע איז דאס
ָאן געקומען!?..
פד
אליעזר לך לך נעימות
האט איהם דעמאלט'ס די בעל הבית פון דעם צווייטן קרעטשמע
גע'ענטפערט ,אז די אכסניא פון אייער זוהן האט מיר אפ געקאסט "צוויי
הונדערט רענדל'עך" ,האט דעמאלט'ס דער קעניג גלייך געהייסן פאר זיינע
באדינער'ס אז מען זאל ָאן פילן די טאשן פון די בעל הבית פון דעם צווייטן
קרעטשמע מיט גאלדענ'ע רענדל'עך און מיט דיימאנט'ן און מיט
בריליאנט'ן ,הונדערט מאל מער וויפיל די פרייז איז באמת געווען.
און ווען דער ערשטער בעל הבית פון די קרעטשמע האט געהערט אז דער
קעניג האט געגעבן אזוי פיל געלט פאר דעם צווייטן בעל הבית פון די
קרעטשמע ,איז ער דעמאלט'ס גלייך געקומען צו לויפן צו דעם קעניג ווי א
מחותן ,און ער האט דעמאלט'ס גלייך געזאגט פארן קעניג ,אז איך האב דאך
אויך געטוהן אסאך טובות פאר דיין קינד ,און איך הער זאגן אז דער קעניג
באצאלט אסאך אסאך מער וויפיל די אמת'ע פרייז איז.
האט איהם דעמאלט'ס דער קעניג געזאגט ,דו קענסט שוין אהיים גיין ,ווייל
דו האסט דאך שוין באקומען באצאלט אויף דאס וואס מיין זוהן איז איין
געשטאנען ביי דיר אין קרעטשמע ,ווייל "מיין זוהן" האט דאך דיר שוין
באצאלט אויף די אלע קאסטן וואס עס האט דיר נאר אפ געקאסט גלייך פאר
ער איז אוועק געגאנגען פון דיין קרעטשמע.
האט איהם אבער דער בעל הבית פון די צווייטע קרעטשמע געפרעגט ,אז
וואס איז אבער מיט די אלע טייערע דיימאנט'ן און בריליאנט'ן וואס דער
קעניג האט געגעבן פאר דעם בעל הבית פון דעם ערשט'ן קרעטשמע!?..
פארוואס באקום איך דאס נישט!?..
פה
אליעזר לך לך נעימות
האט איהם דעמאלט'ס דער קעניג גע'ענטפערט אויף דעם ,אז די חילוק
צווישן דו און איהם איז דאך זייער פשוט ,ווייל דער ערשטער בעל הבית
האט דאך נישט געוואלט נעמען קיין געלט בשעת ווען מיין זוהן האט איהם
געוואלט באצאלן זיין לוין ,און דער ערשטער בעל הבית האט דאך
געשפירט א זכי' אז ער האט געקענט געבן צו עסן און צו טרינקען און צו
שלאפן פארן קעניג'ס א קינד.
און וויבאלד ער האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט פון דעם קעניג'ס א
קינד ,ממילא וועגן דעם איז ער שפעטער באצאלט געווארן דורך דעם
"קעניג אליין" ,און ווען דער "קעניג אליין" באצאלט ,דעמאלט'ס באצאלט
ער דאך מיט פילע הענט" :כְ יַד הַ מֶ לְֶך ּולְ פִ י כְ בוֹּד ֹּו שֶ ל הַ מֶ לְֶך" ,וואס דאס איז
דאך ,מיט גאר אסאך טייערע דיימאנט'ן און בריליאנט'ן.
אבער דו !?..דו האסט דאך שוין באקומען דיין געלט !?..און דו האסט דאך
שוין באקומען דיין "לוין" !?..און ממילא וועגן דעם קענסטו שוין יעצט
אהיים גיין ,ווייל דו האסט דאך שוין אפ גענומען דיין "לוין" פון "מיין
זוהן" בשעת ווען ער איז געווען ביי דיר אין קרעטשמע.
און די נמשל פון דעם איז דאך ,אז ווען דער אייבערשטער געבט פאר א
מענטש גאר אסאך גוטע זאכן אויף דער וועלט ,געבט דאס איהם דעמאלט'ס
דער אייבערשטער אויפן תנאי "אז ער וויל דאס נישט" ,אבער אויב דער
מענטש הייבט דאס ָאן צו וועלן און פארלאנגען ,דעמאלט'ס וועט ער טאקע
אפשר באקומען וויפיל דער אייבערשטער האלט אז עס קומט זיך איהם.
פו
אליעזר לך לך נעימות
אבער ניין ר' יוד ,זיי נישט קיין נער ,און זאג נישט פארן אייבערשטן אז איך
האב געטוהן א מצוה ,און ממילא וועגן דעם ביזטו מיר שוין שולדיג אזוי
פיל און אזוי פיל ,ווייל דו ווייסט דאך נישט וויפיל עס ווארט דיר אפ אויף
יענע וועלט ווען דו וועסט גיין מיט א" :תְ ִמימּות" מיטן אייבערשטן און דו
וועסט איהם נישט אפיר נעמען פאר א יעדע מצוה וואס דו האסט געטוהן.
און דאס איז דאך טאקע אונזער ענין דא ,צו גיין מיט א" :תְ ִמימּות" מיטן
אייבערשטן ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע בפירוש אין פסוק אין די
וואכעדיגע פרשה (קפיטל י"ז פסוק א') ,אז דער אייבערשטער האט דא
געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז" :הִ תְ הַ לְֵך לְ פָּ נַי וֶהְ יֵה תָּ ִמים" – אז גיי פאר
מיר מיט א" :תְ ִמימּות" ,און מאך נישט קיין שום חשבונות מיט מיר ,נאר גיי
מיט צוזאמען מיט מיר ,און האב" :אֱמּונָּה" און" :בִ טָּ חוֹּן" אין אלע מיינע
וועגן וואו איך פיר דיר נאר ,און מיט דעם וועסטו מצליח זיין בעז"ה.
און עס איז דאך טאקע אויך כדאי ָאן צו מערקן דא ,אז עס שטייט דאך שוין
אין חז"ל (זוהר הקדוש פ' לך לך דף :פ"א ע"ב) ,אז די גאנצע" :גָּלּות
ִמצְ ַריִם" האט זיך דאך שוין ָאן געהויבן פון ווען אברהם אבינו איז אראפ
געגאנגען די ערשטע מאל קיין מצרים ,און דאס איז דאך געווען "די וואך"
– אין פרשת "לך לך" ,ווייל די גאנצע נסיעה פון אברהם אבינו האט זיך דאך
ָאן געהויבן פון די ווערטער וואס דער אייבערשטער האט איהם דא געזאגט
ּומבֵ ית ָאבִ יָך" וגו'.
ּוממ ֹּול ְַדתְ ָך ִ
ַארצְ ָך ִ
אין די וואכעדיגע פרשה אז" :לְֶך לְ ָך מֵ ְ
ַארצְ ָך" וגו' איז
און אין דעם פסוק פוןַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך מֵ ְ
דאך שוין טאקע אויך מרומז די הייליגע יום טוב פון" :פֶ סַ ח" וואס ווערט
פז
אליעזר לך לך נעימות
דאך געפראווע'ט אלץ א יום טוב פון" :חֵ רּות" פון אט דער גרויסער" :גָּלּות
ִמצְ ַריִם" וואס האט זיך דאך שוין ָאן געהויבן פון די צייטן פון אברהם אבינו.
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אויך ,אז די הייליגע יום טוב פון" :פֶ סַ ח"
ווערט דאך אויך ָאן גערופן אין די ספרים הק' א" :חַ ג אֱמּונָּה" – א יום טוב
פון" :אֱמּו ָּנה".
און אט דער הייליגער יום טוב פון" :אֱמּונָּה" איז דאך שוין טאקע אויך
ַארצְ ָך" וגו',
מרומז אין דעם פסוק פוןַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך מֵ ְ
ַארצְ ָך ּו ִממ ֹּול ְַדתְ ָך ּו ִמבֵ ית
ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטערֶ " :לְך לְ ָך מֵ ְ
אָּ בִ יָך" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :חַ ג אֱמּונָּה" ,און דאס גייט דאך
שוין טאקע ארויף אויף דעם הייליגן יום טוב" :פֶ סַ ח" וואס ווערט דאך שוין
טאקע ָאן גערופן א יום טוב פון" :אֱמּונָּה" ,אזוי ווי די ספרים הק' זאגן דאך
אונז שוין טאקע קלאר בפירוש ,אז די יום טוב פון" :פֶ סַ ח" האט דאך נאר
איין איינציגע מטרה ,און דאס איז" :אֱמּונָּה אֱמּונָּה" און נאך אמאל:
"אֱמּונָּה" ,ווייל די גאנצע מצוה פון" :סִ פּור יְצִ יַאת ִמצְ ַריִם" איז דאך נאר
געמאכט געווארן כדי אריין צו ברענגען" :אֱמּונָּה" אין א יודיש הארץ.
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט פון די תלמידים פון דעם
הייליגן רוזינ'ער זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל ,אז עס איז אמת טאקע אז:
ִמשֶ נִכְ נַס "א ֲָּדר" איז טאקע :מַ ְרבִ ין "בְ ִש ְמחָּ ה" ,אבערִ :משֶ נִכְ נַס "נִיסָּ ן"
דעמאלט'ס איז :מַ ְרבִ ין "בֶ אֱמּונָּה" ,און דורך אויס דעם גאנצן" :סִ פּור יְצִ יַאת
ִמצְ ַריִם" האלט דאך טאקע און איין שטיין אז" :לְ מַ עַ ן תֵ ַדע כִ י ֲאנִי יהו-ה
ָארץ" ,און אזוי
ָארץ" ,און אז" :בַ עֲבּור תֵ ַדע כִ י אֵ ין כָּמֹּ נִי בְ כָּל הָּ ֶ
בְ קֶ ֶרב הָּ ֶ
פח
אליעזר לך לך נעימות
ווייטער ,ווייל די גאנצע ציל פון" :סִ פּור יְצִ יַאת ִמצְ ַריִם" איז דאך נאר געווען
איין זאך ,און דאס איז ,אריין צו ברענגען" :אֱמּונָּה" אין יודישע הערצער.
ַארצְ ָך
און ממילא דאס זאגט אונז דא דער הייליגער תורה הק' ,אזֶ " :לְך לְ ָך מֵ ְ
ּו ִממ ֹּול ְַדתְ ָך ּו ִמבֵ ית אָּ בִ יָך" – אז דו ווייסט ווי אזוי עס איז ארויס געקומען
דעם גרויסן" :חַ ג אֱמּו ָּנה" – דו ווייסט ווי אזוי עס איז ארויס געקומען דעם
גרויסן יום טוב פון" :אֱמּונָּה" – דו ווייסט ווי אזוי עס איז ארויס געקומען
דער הייליגער יום טוב פון" :פֶ סַ ח" !?..דורך דעם וואס אברהם אבינו איז
ַאראֶ ךָּ" ,און ער האט נישט
ָארץ אֲשֶ ר ְ
געגאנגען מיט א :תְ ִמימּות "אֶ ל הָּ ֶ
געפרעגט קיין שום קשיות אויפן רבונו של עולם.
און פרעגן קשיות אויפן רבונו של עולם מיינט דאך נישט דוקא צו זאגן אז
מען פרעגט פשוט'ע קשיות אויפן רבונו של עולם ,נאר עס מיינט אזוי ווי
דער הייליגער כתב סופר זאגט דאך אונז שוין ,ווייל דער הייליגער כתב
סופ ר זאגט דאך אונז שוין ,אז דער אייבערשטער האט געהייסן פאר אברהם
אבינו אז ער זאל גייןַ " :ל ֲהנָָּאתְ ָך ּולְ טוֹּבָּ תְ ָך".
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז דער אייבערשטער
האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז דו דארפס'ט "הנאה" האבן פון דיין
אוועק גיין פון דיין היים ,ווייל איך זאג דיר צו אז דאס איז אויס דרוק'לעך
נאר פאר דיין אייגענ'ע "טובה".
און אין אנהייב האט דאס טאקע אויס געזעהן ווי גאר א גרינגע זאך ,ווייל
דער אייבערשטער האט דאך איהם שוין טאקע געהאט געזאגט אין אנהייב,
אז" :וְ אֶ עֶ ְשָך לְ גוֹּי גָּדוֹּל ַו ֲאבָּ ֶרכְ ָך ַו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" וגו' – אז עס וועט דיר גאר
פט
אליעזר לך לך נעימות
ַאראֶ ךָּ" ,אבער ווי נאר אברהם
ָארץ אֲשֶ ר ְ
גוט זיין אויב דו וועסט גיין" :אֶ ל הָּ ֶ
ָארץ" – איז דעמאלט'ס
אבינו האט ָאן געהויבן זיין נסיעה ,איזַ " :ויְהִ י ָּרעָּ ב בָּ ֶ
גלייך געווארן א הונגער יאר ,און אברהם אבינו האט דאך שוין נישט געהאט
דעמאלט'ס קיין שטיקל ברויט אריין צו נעמען אין מויל אריין ,ווייל עס איז
דאך געווען דעמאלט'ס גאר א שווערע הונגער יאר ,און אברהם אבינו איז
דאך שוין דעמאלט'ס געווען געצוואונגען אראפ צו גיין קיין מצרים.
און שפעטער ווען אברהם אבינו איז ָאן געקומען קיין מצרים ,האט מען דאך
איהם דעמאלט'ס גלייך אוועק געכאפט זיין ווייב שרה ,און גלייך אין די
אנהייב פון זיין נסיעה – און גלייך ווען ער האט ָאן געהויבן צו פאלגן דעם
אייבערשטן ,האט ער דעמאלט'ס גלייך באקומען כל מיני שוועריקייטן וואס
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך".
האט איהם געמאכט אום באקוועם צו טוהן דעםָּ :
אבער פארוואס טאקע !?..פארוואס טאקע האט אברהם אבינו באקומען
אזעלכע שוועריקייטן בשעת ווען ער האט געפאלגט דעם אייבערשטן!?..
ער האט דאך געפאלגט דעם אייבערשטן מיט דעם וואס ער איז אוועק
געגאנגען פון זיין היים !?..ניין !?..און ממילא פארוואס האט אברהם אבינו
באקומען אזעלכע שוועריקייטן בשעת ווען ער האט געפאלגט דעם
אייבערשטן!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז דאס איז דאך טאקע געווען די "נסיון" פון
אברהם אבינו ,ווייל די נסיון פון אברהם אבינו איז דאך געווען ,צו בלייבן
מיט די ריינע" :אֱמּונָּה" אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט פאר מיר איז
טאקע אויס דרוק'לעך נארַ " :ל ֲהנָָּאתְ ָך ּולְ טוֹּבָּ תְ ָך" – צו בלייבן מיט די ריינע:
צ
אליעזר לך לך נעימות
"אֱמּונָּה" אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט פאר מיר איז טאקע אויס
דרוק'לעך נאר פאר מיין אייגענ'ע "טובה".
און ..יא ,דאס איז געווען אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו ,איין שטיק:
"אֱמּונָּה בַ יהו-ה" אין א יעדן מצב וואו ער זאל נאר זיין.
און אברהם אבינו האט דאך שוין טאקע געזאגט פאר שרה אמינו גלייך ווען
ער האט געזעהן וואס פאר א צרה עס ווארט איהם אפ ביי די טויער'ן פון
מצרים ,אז איך בין זיכער אז" :לְ מַ עַ ן יִיטַ ב לִ י בַ עֲבּורֵ ְך" – אז איך בין זיכער
אז עס וועט מיר נאך גוט זיין דורך די צרה וואס עס שטייט דא יעצט פאר
מיר ,און איך בין זיכער אז עס גייט נאך ארויס קומען א "טובה" פון די צרה
וואס עס שטייט דא יעצט פאר מיר ,און איך בין זיכער בלי שום ספק אז דאס
איז אלעס אויס דרוק'לעך נארַ " :ל ֲהנָָּאתִ י ּולְ טוֹּבָּ תִ י".
און ..יא ,דאס איז געווען אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו ,אונזער
הייליגע זיידע אברהם אבינו איז געווען ,איין שטיק" :אֱמּונָּה בַ יהו-ה" אין א
יעדן מצב וואו ער איז נאר געווען.
און דער סוד איז דאך שוין טאקע אויך געלעגן באהאלטן אין זיין הייליגן
נאמעןַ" :אבְ ָּרם" ,ווייל די ווארטַ" :אבְ ָּרם" – מאכט דאךַ" :אב ָּרם" – א
דערהויבענעם טאטן אין הימל.
ווייל יא טייערע יודן ,אנשטאדט זאגן אויפן הייליגן באשעפער נאכן א דורך
גיין אזעלכע שווערע נסיונות אז ער איז חס ושלום אָ" :אב מַ ר" –
אנשטאדט זאגן אויפן הייליגן באשעפער נאכן א דורך גיין אזעלכע שווערע
צא
אליעזר לך לך נעימות
נסיונות אז ער איז חס ושלום א ביטער'ע טאטע ח"ו ,ווייל ער מאכט דאך
מיר דא ָאן אזעלכע שוועריקייטן ,האט אברהם אבינו געזאגט פארקערט,
אז ..ניין ,דער אייבערשטער איז נישט קיין ביטער'ע טאטע ח"ו ,נאר
פארקערטַ" :אב ָּרם" – מיין הייליגן טאטן אין הימל איז א דערהויבענעם
טאטן ,און ממילא וועגן דעם שיקט ער מיר אזעלכע זאכן ,ווייל ער וויל דאך
מיר נאר "אויף הייבן" נאך העכער דורך דעם.
און ממילא וועגן דעם שיקט ער מיר אזעלכע שווערע נסיונות ,ווייל ער וויל
מיר ווייזן מיט דעם ,אז דו זעהס'טַ" :אבְ ָּרהָּ ם עַ בְ ִדי" !?..דו קענסט זיך
האלטן ביי דיין ריינע" :אֱמּונָּה" טראץ דעם וואס דו גייסט אריבער אזעלכע
גרויסע שוועריקייטן.
און געב נאר א קוק אברהם וואו דו ביזט ָאן געקומען ,געב א קוק וויַ" :אב
ָּרם" – געב א קוק ווי הויעך דיין טאטע אין הימל האט דיר אויף געהויבן,
און געב א קוק ווי דערהויבן דו ביזט געווארן דורך דעם וואס דו האסט זיך
געהאלטן ביי דיין ריינע" :אֱמּונָּה" אין דעם הייליגן באשעפער טראץ דעם
וואס דו ביזט א דורך געגאנגען אזעלכע שוועריקייטן.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פוןַ " :ויֹּאמֶ ר
ָארץ אֲשֶ ר
ּומבֵ ית ָאבִ יָך אֶ ל הָּ ֶ
ּוממ ֹּול ְַדתְ ָך ִ
ַארצְ ָך ִ
יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך מֵ ְ
ַאראֶ ךָּ" ,ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטערַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל אַ בְ ָּרם ֶלְך
ְ
ָארץ ֲאשֶ ר אַ ְראֶ ךָּ" – איז דאך טאקע
ַארצְ ָך ּו ִממ ֹּול ְַדתְ ָך ּו ִמבֵ ית אָּ בִ יָך אֶ ל הָּ ֶ
לְ ָך מֵ ְ
"דגֶל אֱמּונָּה" – די פָּ אן פון" :אֱמּונָּה" ,ווייל יא ר' יוד ,דאס אויך גימטריאֶ :
איז געווען אונזער הייליגע זיידע "אברהם אבינו" ,אונזער הייליגע זיידע
צב
אליעזר לך לך נעימות
"אברהם אבינו" איז געווען אונזער "פָּ אן" און אונזער "וועג ווייזער" אין
דעם ענין פון" :אֱמּונָּה" וואס איז דאך די" :יְסוֹּד הַ ַיהֲדּות".
און אברהם אבינו האט געלעבט מיט דעםַ " :כאֲשֶ ר ִדבֶ ר אֵ לָּיו יהו-ה" – און
אברהם אבינו האט געלעבט מיט דעם מאמר פון דעם אייבערשטן א יעדן
איינציג'ן טאג.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פוןַ " :ויֹּאמֶ ר
ַארצְ ָך" וגו' ,ווייל די ראשי תיבות פון די ווערטער:
יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם לְֶך לְ ָך מֵ ְ
" ַויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל אַ בְ ָּרם" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :חַ י" ,ווייל יא ר'
יוד ,אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו האט "געלעבט" מיט דעם מאמר
פון דעם אייבערשטן ,און אונזער הייליגע זיידע אברהם אבינו האט דאך
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" ,אפילו ווען עס איז געווען א
שטענדיג געלעבט מיטןָּ :
הונגער יאר ,און אויב דער אייבערשטער האט איהם עפעס געזאגט,
דעמאלט'ס איז ער געווען זיכער אז עס איז" :אַ ְך וְ ַרק" אויס דרוק'לעך
בלויזַ " :ל ֲהנָָּאתִ י ּולְ טוֹּבָּ תִ י".
און די סופי תיבות פון די ווערטערַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם" – איז דאך
טאקע אויך גימטריא" :בָּ א ָּרעָּ ב" – עס קומט א הונגער ,און דאס מיינט דאך
צו זאגן אין אנדע רע ווערטער ,אז אפילו ווען אברהם אבינו האט געזעהן אז
עס קומט א הונגער יאר ,האט ער אבער אפילו אזוי נאך אלץ געלעבט מיט
דעםַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם" – האט ער אבער אפילו אזוי נאך אלץ
געלעבט מיט" :אֱמּונָּה" אין די ווערטער פון דעם הייליגן באשעפער אז די
נסיעה וואס איך וועל דא מאכן וועט טאקע נאר זיין" :אַ ְך וְ ַרק" אויס
דרוק'לעך בלויזַ " :ל ֲהנָָּאתִ י ּולְ טוֹּבָּ תִ י".
צג
אליעזר לך לך נעימות
און די סופי תיבות פון די ווערטערַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם" – איז דאך
"רעָּ ה" – שלעכט ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין
טאקע אויך גימטריאָּ :
אנדערע ווערטער ,אז אפילו ווען עס זעהט דיר אויס אז עס גייט ח"ו קומען
שלעכט'ס אויף דיר ,ווייל עס גייט דאך קומען א הונגער יאר אויף די פלאץ
וואו דו גייסט ,זאלסטו אבער דעמאלט'ס נאך אלץ לעבן מיט" :אֱמּונָּה" אין
די ווערטער פון דעם הייליגן באשעפער אז דאס איז אלעס אויס דרוק'לעך:
"כָּל כל ֹּו ט ֹּוב" ,און דו זאלסט אבער דעמאלט'ס נאך אלץ לעבן מיט:
"אֱמּונָּה" אין די ווערטער פון דעם הייליגן באשעפער אז דאס איז אלעס
אויס דרוק'לעך בלויזַ " :ל ֲהנָָּאתִ י ּולְ טוֹּבָּ תִ י".
ַארצְ ָך
און די ראשי תיבות פון די ווערטערַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל אַ בְ ָּרם ֶלְך לְ ָך מֵ ְ
ָארץ ֲאשֶ ר אַ ְראֶ ךָּ" – איז דאך טאקע אויך
ּו ִממ ֹּול ְַדתְ ָך ּו ִמבֵ ית אָּ בִ יָך אֶ ל הָּ ֶ
גימטריא" :לֵב הָּ אֱמּונָּה" ,ווייל יא טייערע יודן ,אונזער הייליגע זיידע
אברהם אבינו איז דאך געווען די "הארץ" פון אונזער ריינע" :אֱמּונָּה"!..
און אין זיין זכות האלטן מיר זיך נאך טאקע אלע היינטיגע צייטן ביי אונזער
ריינע" :אֱמּונָּה" טראץ דעם וואס מיר געפונען זיך דאך נאך אלע היינט אין
אזא לאנג'ן שווער'ן" :גָּלּות אֱדוֹּם" וואס ציט זיך דאך שוין טויזנט'ער יארן.
ווייל אזא איינער וואס קען זאגן פארן אייבערשטן אז דו פירס'ט מיר
שטענדיג אין דעם גוט'ן ריכטונג ,סיי ווען עס איז מיר גוט ,און סיי ווען עס
איז מיר שווער ,אזא איינער קען טאקע זוכה זיין איין צו פלאנצן" :אֱמּונָּה"
אין די הערצער פון טויזנט'ער יודישע קינדער" :עַ ד בִ יַאת מָּ ִשיחַ צִ ְדקֵ ינּו".
צד
אליעזר לך לך נעימות
און די ווערטער" :לְֶך לְ ָך" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :אֱמּונָּה" [מיט
די צוויי ווערטער] ,ווייל א יודיש קינד דארף דאך שטענדיג וויסן אין א יעדן
מצב ,אז אלע דיינע מצבים קומען פון דעם אייבערשטן אליין ,און אפילו
אויב דער אייבערשטער שיקט דיר אמאל א שוועריקייט ,און ער געבט דיר
דעמאלט'ס א זאג ,אז" :לְֶך לְ ָך" – גיי אוועק אין גלות ר' יוד ,און גיי ארויס
פון דיין טאטנ'ס שטוב ,און גיי ארויס פון דיין באקוועמ'ע טאג טעגליכ'ע
לעבן ,דארפסטו אבער דעמאלט'ס נאך אלץ גלייבן" :בֶ אֱמּונָּה ְשלֵמָּ ה" אז
דאס איז אלעס אויס דרוק'לעך בלויזַ " :ל ֲהנָָּאתְ ָך ּולְ טוֹּבָּ תְ ָך מַ מָּ ש מַ מָּ ש
מַ מָּ ש".
און אפילו אויב עס זעהט דיר אמאל אויס אז דער אייבערשטער ווארפט דיר
אוועק פון די גוט'ס ,און ער געבט דיר דעמאלט'ס א זאג ,אז" :לְֶך לְ ָך" – גיי
אוועק פון דיין יעצטיג'ן מצב ,ווייל יעצט וויל איך אז דו זאלסט זיך יעצט
געפונען דארט און דארט ,אין יענע סארט מצב ,דארפסטו אבער דעמאלט'ס
נאך אלץ גלייבן" :בֶ אֱמּונָּה ְשלֵמָּ ה" אז דאס איז אלעס אויס דרוק'לעך נאר:
" ַל ֲהנָָּאתְ ָך ּולְ טוֹּבָּ תְ ָך מַ מָּ ש מַ מָּ ש מַ מָּ ש".
ווייל" :מֵ אִ ת ֹּו ֹלא תֵ צֵ א הָּ ָּרעוֹּת" – ווייל פון דעם אייבערשטן גייט דאך נישט
ארויס קיין שום שלעכטע זאך ,און מיר ווייסן דען וואס עס מיינט "גוט" און
וואס עס מיינט "שלעכט" !?..מיר ווייסן דען וואו עס ליגט אונזער "גליק"
ְסּורים" און" :עַ גְ מַ ת נֶפֶ ש"!?..
און וואו עס ליגט אונזערע" :י ִ
און מיר קענען זיך דען אליין פסק'נען וואו צו גיין !?..מיר ווייסן דאך נישט
באמת וואו צו לויפן און אין וועלכע זייט זיך צו קערן ווען מיר באקומען
אמאל א שוועריקייט!?..
צה
אליעזר לך לך נעימות
און ממילא די אמת'ע פלאץ וואו א מענטש דארף לויפן בשעת ווען ער גייט
אמאל אריבער א שוועריקייט איז דאך ,אין די שערים פון" :אֱמּונָּה" ,און ער
דארף זיך דאך דעמאלט'ס ווייקן אין" :אֱמּונָּה" ,ווייל דאס איז דאך
דעמאלט'ס זיין גאנצע" :נְשָּ מָּ ה" – ווייל דאס איז דאך דעמאלט'ס זיין
גאנצע "לעבן".
ווייל אויב לאזט ער אפ דעם מאשין וואס הייסט" :אֱמּונָּה" בשעת ווען ער
גייט אמאל אריבער א שוועריקייט ,לייגט ער זיך דאך דעמאלט'ס אליין
אריין אין גאר גאר א ערנסט'ע סכנה ברוחניות ,ווייל א מענטש וואס גייט
אריבער א שוועריקייט מוז דאך לעבן מיט" :אֱמּונָּה" ,ווייל דאס איז דאך די
איינציגסט'ע עצה וואס וועט איהם קענען דער האלטן בשעת ווען ער
געפונט זיך אין אזעלכע פאר ווייטאגט'ע מצבים.
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל ל"ז פסוק
"שכָּן אֶ ֶרץ" – אז דו ביזט גערעכט טאקע
ג') ,אז דו ביזט גערעכט טאקע אזְ :
אז א מענטש דארף טאקע לעבן אויף דער וועלט א געהעריגע לעבן און
האנדלען מיט מענטשן אזוי ווי א יעדער איינער.
"ּורעֵ ה" אֱמּונָּה – אבער א מענטש דארף זיך דאך אבער אויך געפונען
אבערְ :
"ּורעֵ ה" אֱמּונָּה – א מענטש דארף זיך
אויף דער וועלט אויף א אופן פוןְ :
דאך אבער אויך "ָאן פאשע'נען" מיט די הייליגע מעדיצין וואס רופט זיך:
"אֱמּונָּה" ,ווייל ָאן דעם קענסטו דאך חס ושלום אינגאנצן פארלוירן ווערן
ווען דו גייסט אמאל אריבער א שוועריקייט!..
צו
אליעזר לך לך נעימות
און דאס איז דאך א מורא'דיגע וויי געשריי ,ווייל ָאן די הייליגע מעדיצין
וואס הייסט" :אֱמּונָּה" קענסטו דאך חס ושלום אינגאנצן פארלוירן ווערן
ווען דו גייסט אמאל אריבער א שוועריקייט!..
און ממילא וועגן מוזטו זעהן זיך גוט "ָאן צו פאשע'נען" מיט די הייליגע
מעדיצין וואס הייסט" :אֱמּונָּה" ,ווייל אויב דו וועסט נישט פארשטיין אז
אלעס וואס דו גייסט נאר א דורך אויף דער וועלט קומט גלייך פון דעם
"שבְ רֵ י
אייבערשטן ,וועסטו דאך דעמאלט'ס גלייך ווערן צובראכן אויףִ :
ְשבָּ ִרים".
און פאר אזא סארט מצב איז דאך טאקע געשטעלט געווארן די הייליגע
עבודה פון" :אֱמּונָּה" אין דעם הייליגן" :בוֹּרֵ א כָּל ע ֹּול ִָּמים".
און מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע בפירוש ביי" :וְ יִתֶ ן לְ ָך" וכו' א יעדע
מוצאי שבת קודש ,אז" :וְ הָּ יָּה אֱמּונַת" – אז דו ווייסט ווען דו דארפס'ט זיך
קענען שטארקן מיט" :אֱמּונָּה" אין דעם הייליגן" :בוֹּרֵ א כָּל ע ֹּול ִָּמים"!?..
ביי" :עִ תֶ יָך" – ביי דיינע שווערע זמנים'לעך וואס דו האסט זיך ביי דיר ,און
ביי דיינע שווערע מצבים'לעך וואס גייען אריבער אויף דיר ,ווייל דוקא
"דעמאלט'ס" דארפסטו זיך קענען מחזק זיין מיט" :אֱמּונָּה" און" :בִ טָּ חוֹּן"
אין דעם הייליגן" :בוֹּרֵ א כָּל ע ֹּול ִָּמים" און נישט אפ לאזן דעם הייליגן
באשעפער טראץ דעם וואס עס גייט אריבער אויף דיר שוועריקייטן.
און די ווערטער" :חַ י בֶ אֱמּונָּה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :הַ כֹּל
מֵ יהו-ה" [מיטן כולל] ,ווייל יא ר' יוד ,אויב ווילסטו" :חַ י בֶ אֱמּונָּה" – אויב
צז
אליעזר לך לך נעימות
ווילסטו קענען לעבן מיט" :אֱמּונָּה" ,דעמאלט'ס זאלסטו האלטן און איין
איבער חזר'ן די ווערטער אז" :הַ כֹּל מֵ יהו-ה":
ֹּאמר יהו-ה ֶאל ַא ְב ָרם לֶ ְך ְל ָך
וַ י ֶ
וַ ּיֹאמֶׁ ר יהו-ה ֶׁאל ַא ְב ָרם ל ְֶׁך לְ ָך וגו' :עס איז דאך שוין באקאנט פאר א
יעדעם איינעם ,אז א יעדע מענטש איז דאך צוזאם געשטעלט געווארן פון
פיר יסודות :א) "אֵ ש" ,ב) "מַ יִם" ,ג) "רּוחַ " ,ד) "עָּ פָּ ר" ,און א יעדע מענטש
אויף דער וועלט פארמאגט דאך אין זיך די פיר יסודות ,ווייל ָאן דעם קען
מען דאך נישט לעבן.
אבער די ספרים הק' זאגן דאך אונז שוין קלאר ,אז א יעדע יסוד [פון די פיר
יסודות] ווייזט אויף א אנדערע סארט "מדה" פון א מענטש ,ווייל די ערשטע
דריי יסודות" :אֵ ש מַ יִם רּוחַ " זענען דאך יסודות וואס "לעבן" א גאנצן צייט,
ווייל "פייער" קאכט דאך א גאנצן צייט ,און "וואסער" פליס'ט דאך א גאנצן
צייט ,און א "ווינט" בלאזט דאך א גאנצן צייט.
אבער משא"כ די פערטע יסוד" :עָּ פָּ ר" ..רועט א גאנצן צייט ,ווייל וואס איז
שוין "ערד"" !?..ערד" בלייבט שטיין א גאנצן צייט אויף די זעלבע פלאץ
"חיּות" ,אבער משא"כ די
און עס פארמאגט דאך נישט אין זיך קיין שוםִ :
ערשטע דריי יסודות" :אֵ ש מַ יִם רּוחַ " זענען דאך יסודות וואס "לעבן" א
גאנצן צייט.
און ממילאַ " :ויֹּאמֶ ר יהו-ה אֶ ל ַאבְ ָּרם" – און ממילא דער אייבערשטער האט
ַארצְ ָך" – אז גיי אוועק פון דיין
דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז" :לְֶך לְ ָך מֵ ְ
צח
אליעזר לך לך נעימות
"ארציות" – גיי אוועק פון דיין" :חֵ לֶק הֶ עָּ פָּ ר" ,און קוק נישט אויף דיין:
"חֵ לֶק הֶ עָּ פָּ ר" וואס דו פארמאגס'ט.
נאר" :לְֶך לְ ָך" – גיי צו "דיר" ,און קוק אויף "דיר" ,דו הייסט דאך:
"ַאבְ ָּרם" ,און די ווארטַ" :אבְ ָּרם" – איז דאך ראשי תיבות" :אֵ ש מַ יִם רּוחַ
"חיּות ַלעֲבו ַֹּדת הַ בוֹּרֵ א" ,און דו
בְ ת ֹּו ֵכְך" – דו פארמאגס'ט דאך אין זיך אזאִ :
ביזט דאך שטענדיג" :כָּל כל ֹּו ִחיּות" מיר צו דינען מיט א פרייליכ'ע
פריש'קייטַ " :לעֲבו ַֹּדת הַ בוֹּרֵ א" ,און ממילא זאג נישט אז" :וְ ָאנֹּ כִ י עָּ פָּ ר
וָּאֵ פֶ ר"!?..
ווייל יא ..בסדר ..דו ביזט גערעכט טאקע אז א יעדע מענטש פארמאגט
טאקע אין זיך אלע פיר יסודות ,ווייל אזוי האט דאך דער אייבערשטער
באשאפן דעם "מענטש" ,מיט" :עָּ פָּ ר" אויך ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין
טאקע בפירוש אין פסוק אין פרשת בראשית (קפיטל ב' פסוק ז') ,אז" :וַיִ יצֶ ר
ָאדם עָּ פָּ ר ִמן הָּ א ֲָּדמָּ ה" וגו'.
ֱֹלקים אֶ ת הָּ ָּ
יהו-ה א ִ
אבער דו ביזט דאך נישט פון די סארט מענטשן וואס זענען דבוק צום:
"חֵ לֶק הֶ עָּ פָּ ר" און טוען גארנישט ,דו ביזט דאך פון די מענטשן וואס דינען
דעם אייבערשטן מיט א פרייליכ'ע פריש'קייטַ " :לעֲבו ַֹּדת הַ בוֹּרֵ א" מיטן
"חיּות".
גרעסט'ן מאסִ :
און ממילאַ" :אבְ ָּרם לְֶך לְ ָך" – גיי צו דיין" :חֵ לֶק הַ ִחיּות" ,און געב נאר א
"חיּות" דו פארמאגס'ט פאר" :עֲבו ַֹּדת הַ בוֹּרֵ א" ,עס איז דאך:
קוק וויפילִ :
"אֵ ש מַ יִם רּוחַ בְ ת ֹּו ֵכְך" אויפן העכסט'ן פארנעם !..און דו ביזט דאך דער
מענטש וואס לערנט אויס די גאנצע וועלט צו לעבן מיט דעם" :וַיִ פַ ח בְ אַ פָּ יו
צט
אליעזר לך לך נעימות
נ ְִשמַ ת חַ יִ ים" – דו ביזט דאך דער מענטש וואס לערנט אויס די גאנצע וועלט
צו לעבן מיט דעם" :נ ְִשמַ ת כָּל חַ י וְ גַם ַנע ֲִריצָּ ְך"!..
און דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנדבורנא זצ"ל טייטש'ט טאקע דעם פסוק
ְהּודה" וואס עס שטייט אין פרשת ויחי (קפיטל מ"ט פסוק
ַאריֵה י ָּ
פון" :גּור ְ
ט') ,אז" :גּור" איז דאך טייטש" :י ְִרָאה" – "מורא האבן" ,ווייל עס קומט
"ַאריֵה" איז דאך טייטש "א
דאך פון דעם לשוןַ " :ו ָּיגָּר" מוָֹּאב וגו' ,אוןְ :
ְהּודה" – אזוי דארף אויס
לייב" – "לייב'עדיג" ,אזוי דארף אויס זעהן א" :י ָּ
ְהּודי" !..א יוד דארף זיין "מורא'דיג" און "לעבעדיג"!..
זעהן א" :אִ יש י ִ
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז מצד אחד דארף א
יודיש קינד "מורא" האבן פון דעם אייבערשטן ,אבער מצד שני ..דארף
אבער א יודיש קינד אויך זיין "לעבעדיג" צום אייבערשטן און דינען דעם
אייבערשטן מיט א פרייליכ'ע פריש'קייטַ " :לעֲבו ַֹּדת הַ בוֹּרֵ א" מיטן גרעסט'ן
"ש ְמחָּ ה" ,ווייל די גאנצע תוכחה "חיּות" און מיטן גרעסט'ן מאסִ : מאסִ :
קומט דאך נאר" :תַ חַ ת אֲשֶ ר ֹלא עָּ בַ ְדתָּ אֶ ת יהו-ה אֱֹלקֶ יָך בְ ִש ְמחָּ ה".
"ַאריֵה" איז דאך אויך די זעלבע אותיות ווי" :י ְִרָאה" ,ווייל
און די ווארטְ :
יא ..מען דארף טאקע זיין "לייב'עדיג" – מען דארף טאקע דינען דעם
"ש ְמחָּ ה" ,אבער מצד שני ..דארף מען דאך
אייבערשטן מיטן גרעסט'ן מאסִ :
אבער דעמאלט'ס נאך אלץ בלייבן מיט א מורא'דיגע" :י ְִרָאה" און מורא
האבן פון דעם אייבערשטן ,און נישט ח"ו מזלזל זיין אין קיין שום חלק פון
יודיש'קייט ,נאר דינען דעם אייבערשטן מיט א "מורא" און מיט א "פרייד",
אזוי ווי דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט
דאך אונז שוין טאקע בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל ב' פסוק
ק
אליעזר לך לך נעימות
י"א) ,אז" :עִ בְ דּו אֶ ת יהו-ה בְ י ְִרָאה" – אז דינט'ס דעם אייבערשטן מיט א
"מורא" ,אבער אין די זעלבע צייט" :וְ גִ ילּו בִ ְרעָּ ָּדה" – אבער אין די זעלבע
צייט זאלט איר זיך "פרייען" מיט א "ציטערניש" ,ווייל יא טייערע יודן ,א
יוד דארף דינען דעם אייבערשטן "מורא'דיג" און "לעבעדיג"!..
און יעצט א ווארט פאר די טייערע" :בַ חּורֵ י חֶ מֶ ד" ,די ווארט" :בָּ חּור" – איז
"ַאריֵה" ,און די ווארט" :בָּ חּור" – איז דאך אויך
דאך אויך גימטריאְ :
"ראִ יָּה"] ,ווייל א ערליכ'ע חסידיש'ע" :בָּ חּור" גימטריא" :י ְִרָאה" [און אויךְ :
דארף זיין שטארק ווי א "לייב" כדי צו האבן" :י ְִרַאת שָּ מַ יִם"!..
ווייל אויב האלט מען זיך קלוגער ווי אונזערע מנהיגים ,און מען הייבט ָאן
מזלזל צו זיין אין די תקנות וואס אונזערע מנהיגים האבן אוועק געשטעלט
לטובתינו ,און מען זאגט ,אז נע ..וואס איז שוין די פראבלעם פון דאס!?..
און וואס איז שוין די פראבלעם פון יענ'ס !?..דעמאלט'ס קען מען ח"ו
אוועק פאלן אינגאנצן.
ווייל כדי אז א" :בָּ חּור" זאל האבן" :י ְִרַאת שָּ מַ יִם" ,פארלאנגט זיך פון דעם:
"בָּ חּור" אליין אייזענ'ע כוחות צו שטיין פעלזן פעסט ווי א "לייב" אנטקעגן
די אלע פוסט'ע ליידיג גייער'ס וואס לאכן אפ פון" :כָּל הַ קָּ דוֹּש וְ הַ טָּ הוֹּר
ַאריֵה וְ י ְִרָאה":
לָּנּו" ,און ממילא דאס איז די סוד פארוואס" :בָּ חּור גִ ימַ ְט ִריָּא ְ
ֶאל ָה ָא ֶרץ אֲ ֶשר ַא ְר ֶא ָך
וַ ּיֹאמֶׁ ר יהו-ה ֶׁאל ַא ְב ָרם ל ְֶׁך לְ ָך מֵ ַא ְר ְצ ָך ּו ִמ ּמ ֹול ְַד ְּת ָך ּו ִמ ּ ֵבית ָא ִב ָ
יך
ֶׁאל הָ ָא ֶׁרץ אֲ ֶׁשר ַא ְר ֶׁא ּךָ :רש"י הק' פרעגט דאך דא א מורא'דיגע קשיא,
קא
אליעזר לך לך נעימות
ווייל רש"י הק' פרעגט דאך אונז דא ,אז פארוואס האט דער אייבערשטער
נישט געזאגט פאר אברהם אבינו גלייך אין אנהייב וואו ער זאל גיין!?..
און רש"י הק' ענטפערט דאך אונז דא אויף דעם צוויי תירוצים :א) איין
תירוץ איז" :כְ ֵדי לְ חַ בְ בָּ ּה בְ עֵ ינָּיו" – כדי צו מאכן באליבט די לאנד" :אֶ ֶרץ
י ְִש ָּראֵ ל" אין די אויגן פון אברהם אבינו ,און ממילא וועגן דעם האט איהם
נישט דער אייבערשטער גלייך אויס געזאגט וואו אהין ער זאל גיין.
ב) און די צווייטע תירוץ איז" :כְ ֵדי לָּתֵ ת ל ֹּו ְשכַר עַ ל כָּל ִדבּור וְ ִדבּור" – ווייל
דער אייבערשטער האט דאך איהם געוואלט געבן שכר אויף א יעדע
"דיבור" וואס ער וועט איהם הייסן טוהן ,און ממילא וועגן דעם האט איהם
נישט דער אייבערשטער גלייך אויס געזאגט וואו אהין ער זאל גיין.
אבער לכאורה איז דאך שווער דא א מורא'דיגע קשיא ,ווייל פארוואס פעלט
אויס די צווייטע תירוץ פון" :כְ ֵדי לָּתֵ ת ל ֹּו ְשכַר עַ ל כָּל ִדבּור וְ ִדבּור"!?..
עס זעהט עפעס אויס אז רש"י הק' איז נישט געווען אינגאנצן צופרידן מיט
די ערשטע תירוץ פון" :כְ ֵדי לְ חַ בְ בָּ ּה בְ עֵ ינָּיו" ,און ממילא וועגן דעם האט ער
געברענגט נאך א פשט פון" :כְ ֵדי לָּתֵ ת ל ֹּו ְשכַר עַ ל כָּל ִדבּור וְ ִדבּור".
אבער איין מינוט ,וואס איז טאקע שלעכט פון די ערשטע פשט פון" :כְ ֵדי
לְ חַ בְ בָּ ּה בְ עֵ ינָּיו" אז רש"י הק' זאל מוזן ברענגען א צווייטע תירוץ פון" :כְ ֵדי
לָּתֵ ת ל ֹּו ְשכַר עַ ל כָּל ִדבּור וְ ִדבּור"!?..
נאר מען קען דאס אפשר ערקלערן מיט א מורא'דיגע מעשה וואס עס האט
פאסירט ביים הייליגן אהבת ישראל פון וויזניץ זצ"ל ,ווייל עס איז געווען
קב
אליעזר לך לך נעימות
אמאל א יוד וואס האט געוואוינט אין א געוויסע שטעט'ל ,און דער יוד איז
גראדע געווען א גרויסער עושר ,און זיין פרנסה איז געווען ,אז ער פלעגט
ארבעטן מיט האלץ ,און ער איז געווען גאר א גרויסע מומחה אין דעם פאך
פון אויס שלייפן העלצער ,און ער האט ב"ה גאר שיין פארדינט פון זיין
פאך.
אבער איין שיינעם טאג ..האט זיך די רעדל געגעבן א דריי ,און ער איז
געווארן א בלוטיג'ער ארימאן ,און ער איז ממש געבליבן מיט גארנישט:
"בְ עֵ רוֹּם ּובְ חוֹּסֶ ר כֹּל" ,און ממילא וועגן דעם איז ער געקומען צום הייליגן
אהבת ישראל מיט א קוויטל כדי צו בעטן א ברכה אויף זיין שווער'ן מצב
וואס האט איהם נאר וואס באטראפן.
אבער ווי נאר דער יוד האט גע'עפענט די טיר פון דעם הייליגן אהבת
ישראל ,האט איהם דער הייליגער אהבת ישראל געגעבן א שריי" ,פָּ אר"!..
און ווי נאר דער יוד האט דאס דער הערט ,איז ער דעמאלט'ס גלייך געבליבן
שטיין פאר וואונדער'ט ,און ער האט דעמאלט'ס גלייך געגעבן א פרעג דעם
הייליגן אהבת ישראל ,אז ..רבי ,וואו אהין זאל איך פארן !?..עס איז דאך
דא אזוי פיל פלעצער וואו מען קען פארן ארום די וועלט!?..
ווייל מען קען דאך פארן קיין אונגארן ,און מען קען דאך פארן קיין פולין,
און מען קען דאך פארן קיין פיטסבורג ,און מען קען דאך פארן קיין
בוקארעשט ,און מען קען דאך פארן קיין אוקריינע ,און ממילא וואו זאל איך
פארן רבי !?..איך דארף דאך וויסן וועלכע באן צו נעמען !?..אבער דער יוד
האט נישט באקומען קיין ענטפער פון דעם הייליגן אהבת ישראל.
קג
אליעזר לך לך נעימות
שוין ..איז דער יוד ארויס געגאנגען פון דעם צימער פון דעם הייליגן אהבת
ישראל ,און ער איז געשטאנען דארטן אינגאנצן פאר צווייפל'ט.
און פונקט דעמאלט'ס איז געשטאנען לעבן דעם צימער פון דעם הייליגן
אהבת ישראל א עלטער'ע יוד וואס איז געווען איינער פון די גאר עלטער'ע
וויזניצ'ע חסידים אין יענע צייטן.
און ווען דער עלטער'ע יוד האט געזעהן ווי דער יוד שטייט אינגאנצן פאר
צווייפל'ט און ער ווייסט נישט וואס צו טוהן ,האט ער זיך דעמאלט'ס גלייך
ָאן גערופן צו דעם יוד און געזאגט ,אז אויב דער רבי האט דיר געהייסן
פארן ,דעמאלט'ס פרעגט מען נישט קיין קשיות און מען "פארט"!..
איז דער יוד צו געגאנגען צום באן סטאנציע ,און ער איז דעמאלט'ס גלייך
צו געגאנגען צום בילעט פארקויפער ,און ער האט איהם דעמאלט'ס גלייך
געזאגט ,אז איך וויל קויפן א טיקעט צו "פארן".
האט איהם דער בילעט פארקויפער געפרעגט ,אז נו זייער פיין ,אבער וואו
אהין ווילט איר פארן ר' יוד !?..האט איהם דער יוד גע'ענטפערט ,אז איך
ווייס נישט ,איך וויל "פארן".
האט איהם דער בילעט פארקויפער געגעבן א בילעט פאר די קומענדיגע באן
וואס "פארט" [ערגעץ] ,און ווען די קומענדיגע באן איז ָאן געקומען ,איז
דער יוד גלייך ארויף געגאנגען אויפן באן און זיך אוועק געזעצט אויפן באן
נישט האבנ'דיג קיין מינדיסט'ע השגה וואו ער פארט יעצט ,און פארשטייט
זיך אז דער יוד האט נישט געוואוסט וואו אראפ צו גיין ,ווייל ער האט דאך
קד
אליעזר לך לך נעימות
אפילו נישט געוואוסט וואו ער פארט בכלל ,און ממילא וועגן דעם איז דער
יוד געבליבן אויפן באן ביז ווען די באן איז ָאן געקומען צום לעצט'ן
סטאנציע ,און פלוצלונג האט דער יוד געהערט ווי מען רופט אויס הויעך
אויפן קול ..אז דאס איז די לעצטע סטאנציע פון דעם דאזיג'ן נסיעה ,די באן
פארט שוין נישט ווייטער.
און ווען דער יוד האט געהערט אז די באן פארט שוין נישט ווייטער ,האט
ער דעמאלט'ס בלית ברירה געמוזט אראפ גיין פון דעם באן ,און ווען ער איז
אראפ געקומען פון דעם באן ,האט ער זיך דעמאלט'ס גלייך געגעבן א קוק
אום אויף דעם נייעם פלאץ וואס ער האט דא נאר וואס באגעגענט ,אבער ער
האט נישט געהאט קיין מינדיסט'ע השגה וואו ער געפונט זיך דא אויף דער
וועלט ,אבער אין געציילט'ע מינוט'ן האט ער זיך שוין דערוואוסט אז ער
געפונט זיך יעצט אין דעם שטעט'ל "קאשוי".
און ווי נאר ער האט זיך דערוואוסט אז ער געפונט זיך יעצט אין דעם שטאט
"קאשוי" ,האט ער דעמאלט'ס גלייך געטראכט צו זיך ,אז איין מינוט ,איך
האב דאך נישט קיין שום באקאנט'ן דא אין דעם שטאט קאשוי ,און ממילא
וואס זאל איך טוהן דא בכלל !?..איך קען דאך נישט דא קיינעם !?..און
ממילא וואו וועל איך קענען בכלל איין שטיין דא!?..
אבער ער האט זיך נישט פארלוירן ,נאר ער איז דעמאלט'ס גלייך צו
געגאנגען צום ערשט'ן בנין וואו ער האט געזעהן אז עס שטייט דארט לעבן
דעם שטוב א יוד מיט בארד און פיאות ,און ער האט דעמאלט'ס גלייך
געגעבן א פרעג דעם יוד ,אז זאג נאר ר' יוד ,מען קען אפשר אריין קומען צו
דיר אין שטוב פאר א פָּ אר מינוט!?..
קה
אליעזר לך לך נעימות
ווייל איך וועל דיר זאגן דעם אמת ר' יוד ,איך וואוין נישט דא ,איך בין א
"גאסט" דא ,און ממילא אפשר וואלט געווען מעגליך אריין צו קומען צו דיר
אין שטוב פאר א פָּ אר מינוט!?..
האט איהם דער בעל הבית פון דעם שטוב געזאגט ,אז ..זיכער ר' יוד ,זיכער
קענט איר אריין קומען צו מיר אין שטוב ,פון וואו זענט איר ר' יוד !?..האט
איהם דער יוד גע'ענטפערט ,אז איך בין היינט ָאן געקומען מיטן באן פון
דעם און דעם שטעט'ל.
און די בעל הבית פון דעם שטוב האט איהם טאקע דעמאלט'ס גלייך אריין
גענומען צו זיך אין שטוב ,און ער האט איהם דעמאלט'ס גאר שיין מכבד
געווען ,און די בעל הבית פון דעם שטוב האט דעמאלט'ס גלייך ָאן געהויבן
אריין צו גיין מיט דעם יוד אין א שיינע שמועס ,און דער יוד האט איהם
טאקע פארציילט די גאנצע מעשה וואס עס גייט דא פָּ אר מיט איהם ,אז ער
איז אמאל געווען גאר א גרויסער עושר ..און אז ער ארבעט מיט "האלץ".
און די רגע וואס די בעל הבית פון דעם שטוב האט געהערט די ווארט
"האלץ" ,האט ער איהם דעמאלט'ס גלייך געגעבן א שטעל אפ ,און ער האט
איהם דעמאלט'ס גלייך געפרעגט ,אז וואס האט איר געזאגט ר' יוד !?..איר
האט געזאגט אז איר ארבעט מיט "האלץ"" !?..איר" ארבעט מיט
"האלץ"!?..
האט איהם דער יוד געזאגט ,יא ,איך ארבעט מיט "האלץ" ,און איך בין אויך
גאר גאר א גרויסע "מומחה" אין די ארבעט פון "האלץ" ,האט איהם די בעל
הבית פון דעם שטוב געזאגט ,אז ..איין מינוט ,איך ארבעט דאך אויך מיט
קו
אליעזר לך לך נעימות
"האלץ" ,און איך זוך דאך שוין גאר גאר א לאנגע צייט איינער וואס זאל
מיר פירן מיין גרויסן פאבריק ,און איך זוך דאך שוין אויך גאר גאר א לאנגע
צייט איינער וואס זאל מיר מסדר זיין אלע מיינע גרויסע באשטעלונגען וואס
איך באשטעל.
און איך האב געהאט אין פְ לַאן צו באצאלן זייער שיין פאר דער מענטש
וואס וועט מיר דאס קענען צו שטעלן ,אבער ביז דערווייל האב איך נאך
נישט געטראפן דעם פאסיג'ן מענטש פאר דעם ,און איך מיין אז דו וואלס'ט
געווען דער ריכטיגער קאנדידאט פאר דעם ,ווייל דו ביזט דאך גאר גאר א
גרויסע "מומחה" אין די ארבעט פון "האלץ" ,און ממילא אפשר קענען מיר
ארבעטן צוזאמען !?..דו ביזט מסכים !?..האט איהם דער יוד געזאגט,
זיכער ,זיכער בין איך מסכים צו ארבעטן מיט אייך.
און יעצט ..האט דאך שוין דער יוד פארשטאנען פארוואס ער האט
געדארפט קריכען ביז אהער כדי צו טרעפן זיין "ישועה" ,און יעצט האט ער
דאך שוין פארשטאנען וואס עס איז געלעגן אונטער די ווארט "פָּ אר" וואס
דער הייליגער אהבת ישראל האט איהם אויס געשריגן גלייך ווען ער איז נאר
אריין געקומען אין דעם צימער פון דעם הייליגן אהבת ישראל.
און ווי נאר דער יוד האט געהערט די דאזיגע ווערטער פון יענעם יוד ,איז ער
דעמאלט'ס שנעל צוריק געלאפן צום באן סטאנציע כדי צו קויפן א בילעט
כדי צו קענען צוריק אהיים פארן ,און ער האט זיך טאקע דעמאלט'ס גלייך
געקויפט א בילעט ,און ער האט זיך דעמאלט'ס שנעל ארויף געזעצט אויפן
באן כדי צוריק צו פארן אהיים צו זיין שטאט וואו ער האט געוואוינט.
קז
אליעזר לך לך נעימות
אבער אינמיטן וועג ..האט מען איהם עפעס פלוצלונג חושד געווען מיט
קולי קולות אז ער האט גע'גאנבע'ט די בילעט פון א צווייטע מענטש וואס
איז געווען דעמאלט'ס אויפן באן ,און מען האט איהם דעמאלט'ס ָאן
געשריגן מיט קולי קולות ,אז דו גנב וואס דו ביזט !..דו גנב וואס דו ביזט!..
דו האסט געגאנבע'ט דעם בילעט פון דער מענטש וואס איז געזעצן לעבן
דיר !..די בילעט איז דאך בכלל נישט דיינע !..דו גנב וואס דו ביזט!..
און מען האט איהם דארטן גוט ָאן געשלאגן די ביינער מיט ביטער'ע קלעפ,
און די פאליציי האט איהם דעמאלט'ס גלייך גענומען ,און מען האט איהם
דעמאלט'ס גלייך איין געשפארט אין א טונקעל'ע תפיסה אפ ווארטנ'דיג א
שווערע געריכט.
און זיצנ'דיג ביים געריכט ,האט זיך דער יוד צו וויינט פארן שופט ,און ער
האט דעמאלט'ס געזאגט פארן שופט ,אז ..חשוב'ער שופט ,גלייב מיר אז
איך האב גארנישט געגאנבע'ט ,איך האב באצאלט די פולע פרייז פאר מיין
בילעט פאר איך בין ארויף געגאנגען אויפן באן אזוי ווי אלע אנדערע
מענטשן ,און איך האב נישט קיין שום השגה פארוואס מען האט זיך
פארלייגט אויף מיר און מען האט מיר חושד געווען אז איך האב
גע'גאנבע'ט מיין בילעט.
און מיר ווייסן דאך שוין אלע זייער גוט ,אז עס שטייט דאך שוין אין חז"ל
(סוטה דף :ט' ע"ב) ,אזִ " :נכ ִָּרין ִדבְ רֵ י הָּ אֱמֶ ת" – אז עס דערקענט זיך דאך
ווען א מענטש זאגט אמת'ע ווערטער ,און דער שופט האט טאקע
דעמאלט'ס גלייך געשפירט אז דער יוד איז גערעכט ,און דער שופט האט
קח
אליעזר לך לך נעימות
דעמאלט'ס גלייך געשפירט אז מען האט איהם דא סתם חושד געווען ,און
דער שופט האט איהם טאקע דעמאלט'ס גלייך באפרייט.
און ווי נאר דער יוד איז באפרייט געווארן ,איז ער דעמאלט'ס גלייך צוריק
געפארן צום הייליגן אהבת ישראל כדי איהם צו דערציילן די גאנצע מעשה
וואס עס האט דא יעצט פאסירט מיט איהם.
און ווען ער איז ארויס געגאנגען פון דעם צימער פון דעם הייליגן אהבת
ישראל נאכן דערציילן די גאנצע מעשה וואס עס האט דא יעצט פאסירט
מיט איהם ,האט ער דעמאלט'ס נאך אמאל געזעהן דער עלטער'ע יוד וואס
איז געזעצן אינדרויסן פון דעם צימער פון דעם הייליגן אהבת ישראל.
און ווי נאר דער עלטערע יוד האט איהם געזעהן ,האט ער זיך דעמאלט'ס
גלייך ָאן גערופן צו איהם און געזאגט ,אז וויסן זאלסטו ר' יוד ,אז די אלע
קלעפ וואס דו האסט געכאפט אויפן באן ..און די גאנצע תפיסה וואס דו
ביזט א דורך געגאנגען ..איז נאר געקומען אויף דיר "וויבאלד דו האסט
איבער געפרעגט דעם רבי'ן וואו צו פארן" ,ווייל אויב א צדיק זאגט "פָּ אר",
דעמאלט'ס "פארט מען" !..און מען פרעגט נישט קיין קשיות אויף דעם.
און ממילא ווען דער אייבערשטער האט געהייסן אברהם אבינו אז ער זאל
גיין ,און" :כְ ֵדי לְ חַ בְ בָּ ּה בְ עֵ ינָּיו" האט ער איהם נישט געזאגט וואו צו גיין,
און אברהם אבינו האט דאך בעצם נישט געוואוסט וואו צו גיין ,און ער האט
"רצוֹּן הַ שֵ ם יִתְ בָּ ַרְך" אז ער זאל גיין.
דאך נישט געוואוסט וואו עס איז דיָּ :
קט
אליעזר לך לך נעימות
און ביי א יעדע פלאץ וואו אברהם אבינו איז ָאן געקומען ,האט ער
דעמאלט'ס געפרעגט דעם אייבערשטן ,אז "דא" רבונו של עולם" !?..דא"
איז די פלאץ וואו דו ווילס'ט אז איך זאל גיין !?..האט איהם דער
אייבערשטער געזאגט דעמאלט'ס ,אז ניין אברהם ,נישט דא איז די פלאץ.
איז אברהם אבינו ווייטער געגאנגען ,און ווען ער איז ָאן געקומען צו די
קומענדיגע פלאץ ,האט ער דעמאלט'ס נאך אמאל געפרעגט דעם
אייבערשטן אז "דא" רבונו של עולם" !?..דא" איז די פלאץ וואו דו ווילס'ט
אז איך זאל גיין!?..
האט איהם דעמאלט'ס דער אייבערשטער געזאגט ,אז ניין אברהם ,נישט דא
איז די פלאץ וואו איך וויל אז דו זאלסט גיין ,און אזוי איז אברהם אבינו
געגאנגען צענדליגע מסעות ביז ..ער איז ענדליך ָאן געקומען קיין" :אֶ ֶרץ
י ְִש ָּראֵ ל".
און ווען ער איז ָאן געקומען קיין" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל ,האט איהם שוין דעמאלט'ס
דער אייבערשטער געזאגט ,אז" ..יא" אברהם ,דא איז די פלאץ וואו איך
ָארץ הַ זֹּאת".
האב געוואלט אז דו זאלסט גיין ,ווייל" :לְ ז ְַרעֲָך אֶ תֵ ן אֶ ת הָּ ֶ
אבער אברהם אבינו וואלט דאך דעמאלט'ס רואיגערהייט געקענט טראכטן,
אז ..איין מינוט ,איך האב דאך גארנישט אויף געטוהן מיט די אלע צענדליגע
מסעות וואס איך בין דא געגאנגען ,און איך האב דאך גארנישט אויף
געטוהן מיט די אלע טויזנט'ער טריט וואס איך בין דא געגאנגען.
קי
אליעזר לך לך נעימות
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא"
ווייל איך בין דאך יעצט געוואויר געווארן אז דיָּ :
איז ערשט אויס געפירט געווארן נאר נאך דעם וואס איך בין ָאן געקומען
קיין" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל".
קא משמע לן קומט אונז דא רש"י הק' לאזן הערן די צווייטע פשט פון:
"כְ ֵדי לָּתֵ ת ל ֹּו ְשכַר עַ ל כָּל ִדבּור וְ ִדבּור" ,דיר צו לאזן הערן ,אז ..ניין ,עס איז
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" איז דאך שוין נתקיים געווארן
נישט אמת ,ווייל דיָּ :
ביים ערשט'ן טריט וואס אברהם אבינו איז געגאנגען.
און יא ר' יוד ,ביים ערשט'ן דיבור וואס דער אייבערשטער האט געזאגט פאר
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך
אברהם אבינו ,איז דאך שוין נתקיים געווארן דעםָּ :
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" איז דאך בעצם בלויז ,אז א מענטש
הּוא" ,ווייל דיָּ :
"רצוֹּן
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" ,און דיָּ :
זאל "משתוקק" זיין צו טוהן דעםָּ :
הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" איז דאך בעצם בלויז ,אז א מענטש זאל "וועלן" טוהן
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא".
דעםָּ :
און א מענטש דארף דאך טאקע כסדר פראבירן ..אז אפשר איז דער וועג די:
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" ,אדער אפשר איז דער וועג דיָּ :
ָּ
הּוא" ,און דאס מיינט" :כְ ֵדי לָּתֵ ת ל ֹּו ְשכַר עַ ל כָּל ִדבּור וְ ִדבּור" ,אז דער
אייבערשטער האט געהייסן פאר אברהם אבינו אז ער זאל "גיין" ,און אויף
יעדע פלאץ וואס עס איז איהם נישט געלונגען ,און אויף א יעדע טריט וואס
עס איז איהם נישט געלונגען ,האט ער אבער נאך אלץ באקומען "שכר".
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא" ,אז" :בַ קֵ ש עַ בְ ֶדָך" –
ווייל דאס איז דאך טאקע דיָּ :
אז דו זאלסט אויף זוכן די וועג ווי אזוי צו קענען דינען דעם הייליגן
קיא
אליעזר לך לך נעימות
באשעפער ,און אז דו זאלסט כסדר "פראבירן" צו מאכן א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן
הייליגן באשעפער.
ווייל אמאל קענסטו מאכן א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן הייליגן באשעפער מיט א
"בלאט גמרא" ,און אמאל קענסטו מאכן א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן הייליגן
באשעפער מיט א ווארימ'ע "גלאז קאווע".
און די זעלבע זאך איז דאך אויך פארקערט ,ווייל עס איז דאך דא אמאל
וואס דו קענסט מאכן פארקערט פון א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן הייליגן באשעפער
מיט דעם וואס דו לערנס'ט א "בלאט גמרא" ,און עס איז דא אמאל וואס דו
קענסט מאכן פארקערט פון א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן הייליגן באשעפער מיט א
ווארימ'ע "גלאז קאווע".
ווייל ווען א יודיש בעט זיך ביי דיר בשעת ווען דו האלטס'ט אינמיטן
לערנען א "בלאט גמרא" אז ער איז גאר שטארק דארשטיג ,און ער וויל אז
דו זאלסט איהם ווייזן וואו עס איז דא אביסעל'ע וואסער צו טרינקען אין
דעם בית המדרש ,און דו מאכס'ט זיך נישט וויסנ'דיג דעמאלט'ס פון זיין
רוף ,מאכסטו נישט דעמאלט'ס קיין" :נַחַ ת רּוחַ " פארן אייבערשטן מיט דיין
לערנען ,נאר פארקערט.
ווייל די ענין פון נישט געבן א טרינק פאר א יודיש קינד וואס איז פאר
חלש'ט פאר א טרינק וואסער גרעניצט זיך דאך שוין מיט כמה וכמה
איסורים ,און די יסוד פון דעם שטאמט דאך שוין טאקע פון דער הייליגער
סקולענ'ער רבי זי"ע ועכ"י וואס פלעגט דאך כסדר רעדן פון דעם.
קיב
אליעזר לך לך נעימות
א) ווייל דו ביזט דאך דעמאלט'ס עובר אויף דעם הארב'ן איסור פוןֹ" :לא
תַ עֲמֹּ ד עַ ל ַדם רֵ עֶ ָך".
ב) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף די מצוה פון" :וְ הָּ לַכְ תָּ
בִ ְד ָּרכָּיו".
ג) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף די גרויסע מצוה פון:
"וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך" וואס איז דאך כולל די גאנצע תורה הק'.
ד) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף די מצוה פון" :גְ ִמילּות
חֲסָּ ִדים".
ה) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף דעם מאמר חז"ל (שבת דף:
קל"ג ע"ב) פון" :מַ ה הּוא ַרחּום ַאף אַ תָּ ה ַרחּום" וכו'.
ָאחיָך
ו) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף די מצוה פון" :וְ חֵ י ִ
עִ מָּ ְך" – און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף די מצוה אז א יודיש
קינד דארף דאך שטענדיג לעבן מיט א צווייטע יוד ,און א יודיש קינד דארף
זיך דאך שטענדיג זארגן פאר א צווייטע יוד ,און נישט זיך גלייך גילטיג אפ
שאקלען פון העלפן א צווייטע יוד.
ז) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף די מצוה פון" :וְ הֶ ֱחז ְַקתָּ בוֹּ".
ח) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף די מצוה פון" :צֶ ֶדק צֶ ֶדק
תִ ְרדֹּף" – און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף די מצוה אז א
קיג
אליעזר לך לך נעימות
מענטש זאל שטענדיג בלויז נאך גיין נאך "גערעכטיקייט" ,און זיך נישט
ח"ו פירן מיט קרומ'ע וועגן.
ט) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך עובר אויף דעם הארב'ן איסור פון:
"וְ ֹלא תוֹּנּו אִ יש אֶ ת ע ֲִמיתוֹּ" ,וואס עס שטייט דאך שוין אויף דעם אין דער
הייליגער תורה הק' אז" :וְ יָּרֵ אתָּ מֵ אֱֹלקֶ יָך".
י) און דו ביזט דאך דעמאלט'ס אויך בועט אין דעם פסוק פון" :וְ הָּ יָּה כִ י
יִצְ עַ ק אֵ לַי וְ שָּ מַ עְ תִ י כִ י חַ נּון ָאנִי" (שמות קפיטל כ"ב פסוק כ"ו).
אבער פון די אנדערע זייט קענסטו דאך אבער אויך מאכן פארקערט פון א:
"נַחַ ת רּוחַ " פארן הייליגן באשעפער מיט א "גלאז קאווע" ,ווייל אויב
טרינקסטו חס ושלום חלב עכו"ם ,אדער דו גיסט חס ושלום ָאן דיין חבר'ס
רעקל לייכט זיניגערהייט בשעת ווען דו מאכס'ט זיך א" :קַ ּוֵה אֶ ל יהו-ה
ֲחזַק" ,פארשאפסטו דאך נישט דעמאלט'ס מיט דעם קיין" :נַחַ ת רּוחַ " פארן
הייליגן באשעפער ,נאר פארקערט.
אבער משא"כ ווען דו טרינקס'ט דעם" :קַ ּוֵה אֶ ל יהו-ה ֲחזַק" אויפן ריכטיג'ן
וועג ,און דו לערנס'ט דעם בלעט'ל גמרא ווען דו מעגס'ט דאס לערנען[ ,און
נישט ווען איינער גייט אויס פאר א טרינק וואסער] ,דעמאלט'ס
פארשאפסטו דאך מיט דעם גאר גאר א גרויסע" :נַחַ ת רּוחַ " פארן הייליגן
באשעפער.
און וואויל איז פאר א יודיש קינד וואס לעבט מיט די הייליגע פרשה וואס
רוב גופי תורה זענען ָאן געהאנגען אין איר וואס רופט זיך" :בְ כָּל ְד ָּרכֶיָך
קיד
אליעזר לך לך נעימות
ָּדעֵ הּו" – אז איך לעב שטענדיג מיטן הייליגן באשעפער ,און איך טראכט
שטענדיג צו מיר ,אז ווי אזוי קען איך "יעצט" מאכן א" :נַחַ ת רּוחַ " פארן
"רצוֹּן הַ בוֹּרֵ א
הייליגן באשעפער ,און ווי אזוי קען איך יעצט טוהן דעםָּ :
בָּ רּוְך הּוא"!?..
או ן וואויל איז פאר א יודיש קינד וואס פארשטייט ווען מען דארף צו מאכן
די גמרא און לויפן העלפן א חבר וואס נויטיג'ט זיך אין הילף ,און וואויל
איז פאר א יודיש קינד וואס פארשטייט וואס דאס מיינט אז" :עֵ ת ַלעֲשוֹּת
לַיהו-ה הֵ פֵ רּו תו ָֹּּרתֶ ָך".
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"ט
פסוק קכ"ה) ,אז" :עַ בְ ְדָך ָאנִי" – און איך בין נאר א אמת'ע" :עוֹּבֵ ד יהו-ה",
ווען" :הֲבִ י ֵננִי" – ווען איך פארשטיי טאקע באמת ווען עס איז די ריכטיגע
צייט צו" :וְ אֵ ְדעָּ ה עֵ דֹּתֶ יָך" – ווען איך פארשטיי טאקע באמת ווען עס איז
טאקע די ריכטיגע צייט צו לערנען דער הייליגער תורה הק' ,און ווען נישט,
והמבין יבין.
אבער על כל פנים ..דאס קומט אונז דא צו לערנען די צווייטע פשט פון
רש"י הק' ,אז דער אייבערשטער דארף דאס וואס א יוד "פראבירט" איהם צו
מאכן א" :נַחַ ת רּוחַ " ,און אז דער אייבערשטער דארף דאס "הארץ" פון א
יודיש קינד ,און נישט מער ,אזוי ווי חז"ל זאגן דאך אונז שוין טאקע קלאר
בפירוש (מנחות דף :ק"י ע"א) ,אז" :אֶ חָּ ד הַ מַ ְרבֶ ה" – אז סיי א מענטש וואס
טוט אסאך ,און" :וְ אֶ חָּ ד הַ מַ ְמעִ יט" – און סיי א מענטש וואס טוט ווייניג,
זענען גוט און מרוצה ביים הייליגן באשעפער ,אבער איין זאך דארף אבער
קטו
אליעזר לך לך נעימות
זיין ,און דאס איז ,אזּ" :ובִ לְ בַ ד שֶ יִתְ ַכּוֵן לִ ב ֹּו לַשָּ מַ יִם" – אז ער זאל דאס נאר
מיינען" :לְ שֵ ם שָּ מַ יִם" מיטן גאנצן הארץ.
און די צוויי פשטים פון רש"י הק' גייען דאך אויך ארויף אויף דעם ענין פון:
"לִ מּוד הַ תו ָֹּּרה" ,ווייל די ערשטע פשט פון רש"י הק' איז דאך" :כְ ֵדי לְ חַ בְ בָּ ּה
ָארץ" – כדי דאס צו מאכן באליבט אין זיינע אויגן.
אֶ ת הָּ ֶ
און א יעדער איינער פארשטייט דאך שוין פון זיך אליין ,אז ווען א מענטש
בויעט אויף א" :סּוכָּה" אין פינעף מינוט ,דעמאלט'ס וועט ער נישט שפירן
אז ער האט עפעס געטוהן דא פארן אייבערשטנ'ס וועגן ,ווייל וואס האסטו
שוין געטוהן דא !?..דו האסט געגעבן א שלעפ א שטריק און עס האט
ארויס געטאנצן א" :סּוכָּה" !?..דאס הייסט דען "געבויעט" א" :סּוכָּה"!?..
אבער משא"כ ווען א מענטש ארבעט שווער און ער שלעפט ארויף שווערע
ברעטער פאר זיין" :סּוכָּה" ,און ער ארבעט אריין שעות ארוכות אין זיין
הייליגע" :סּוכָּה" ,און ער שוויצט אוועק פאר די הייליגע מצוה פון:
"סּוכָּה" ,וועט ער דעמאלט'ס יא שפירן אז איך האב עפעס געטוהן דא פארן
אייבערשטנ'ס וועגן ,און זיין" :סּוכָּה" וועט דעמאלט'ס האבן א באזונדער'ע
"חביבות" אין זיינע אויגן ,און ער וועט דעמאלט'ס שפירן ביי זיך אז ..יא,
איך האב געטוהן עפעס פארן אייבערשטנ'ס וועגן.
און די זעלבע זאך איז דאך אויך בנוגע" :לִ מּוד הַ תו ָֹּּרה" ,ווייל לכאורה דארף
מען דאך פארשטיין ,אז פארוואס האט דער אייבערשטער געמאכט אז מען
זאל אין אנהייב לערנען פאלטש'ע פשטים ביז ווען מען קומט צו צום אמת'ן
פשט !?..פארוואס !?..פארוואס האט דער אייבערשטער געמאכט אז מען
קטז
אליעזר לך לך נעימות
זאל אין אנהייב לערנען נישט ריכטיג ביז ווען מען ווערט געוואויר די
אמת'ע ריכטיגע פשט !?..דער אייבערשטער וויל דען אז מען זאל לערנען
פאלטש פשט !?..אוודאי "נישט" ,און ממילא פארוואס האט נישט
דעמאלט'ס דער אייבערשטער געמאכט אז מען זאל גלייך פארשטיין [די
ערשטע מאל] וואס מען לערנט!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז די סיבה פארוואס דער אייבערשטער האט
נישט געמאכט אז א מענטש זאל גלייך פארשטיין וואס ער לערנט איז ,ווייל
אויב א מענטש וואלט גלייך פארשטאנען די ערשטע מאל וואס ער לערנט,
וואלט ער דאך דעמאלט'ס געגעבן א לערן אפ די גאנצע תורה הק' אויף איין
מאל איינס צוויי דריי ..און עס וואלט דאך נישט דעמאלט'ס געהאט קיין
שום "טעם" ביי איהם.
אבער משא"כ ווען א מענטש פראבירט איין מאל און נאך אמאל און נאך
אמאל און נאך אמאל ,און ער פראבירט קודם אזא פשט ,און שפעטער אזא
פשט ,און שפעטער אזא פשט ,און ער טראכט דעמאלט'ס צו זיך א גאנצן
צייט אז אפשר איז דאס די פשט ,און אפשר איז דאס די פשט ,און שפעטער
קומט ער צו צום אמת'ן פשט ,האט דעמאלט'ס דער הייליגער תורה הק' א
מורא'דיגע זיסע "טעם" ביי איהם ,און עס האט דעמאלט'ס ביי איהם א
מורא'דיגע "חביבות".
ווייל עס איז דאך ָאן געקומען מיט" :יְגִ יעָּ ה" – ווייל דער מענטש האט זיך
דאך געפלאגט אויף דעם שטיקל גמרא ,און חז"ל זאגן דאך אונז שוין טאקע
אויך קלאר בפירוש (עיין בבא מציעא דף :ל"ח ע"ב) ,אז א זאך וואס קומט
ָאן מיט" :יְגִ יעָּ ה" האט א "טעם" ביי א מענטש ,אבער משא"כ אויב א
קיז
אליעזר לך לך נעימות
מענטש באקומט אמאל א זאך וואס ער האט גארנישט געטוהן צו דעם ,האט
עס נישט דעמאלט'ס ביי איהם קיין שום טעם.
און ממילא דאס איז פשט פון די ווערטער" :כְ ֵדי לְ חַ בְ בָּ ּה בְ עֵ ינָּיו" ,ווייל ווען
א מענטש לערנט איין מאל ,און נאך אמאל ,און ער מוטשעט זיך צו
פארשטיין ,ביז ..ער קומט צו צום אמת'ן פשט ,האט עס שפעטער א
ריכטיגע "טעם" און א שטארקע "חביבות" ביי איהם.
און ממילא דאס איז פשט פון די ווערטער" :כְ ֵדי לְ חַ בְ בָּ ּה בְ עֵ ינָּיו" וואס רש"י
הק' זאגט אונז דא אין פרשת לך לך ,אז ווען א מענטש מוטשע'ט זיך פאר א
לענגער'ע צייט צו פארשטיין א שטיקל גמרא ,שפירט ער דעמאלט'ס א
מורא'דיגע "ליבשאפט" צו דער הייליגער תורה הק' ווען ער קומט סוף כל
סוף צו צום אמת'ן פשט ,און דאס לערנען האט דעמאלט'ס ביי איהם א
אנדערע טעם און גאר א גרויסע "ליבשאפט".
און ממילא וועגן דעם האט דער אייבערשטער געהייסן פאר אברהם אבינו
אז" :לְֶך – גיי ,ווייל דו זאלסט וויסן אברהם אז דיין גיין וועט זיין" :לְ ָך" –
ווייל דו זאלסט וויסן אברהם אז דיין גיין וועט זייןַ " :ל ֲהנָָּאתְ ָך ּולְ טוֹּבָּ תְ ָך",
ווייל וויבאלד דו וועסט גיין ָאן דעם וואס דו וועסט וויסן "וואו צו גיין",
וועט דאס שפעטער האבן ביי דיר דעם ריכטיג'ן "טעם".
און די זעלבע זאך איז דאך אויך בנוגע דעם צווייטן פשט פון רש"י הק',
וואס דאס איז דאך" :כְ ֵדי לָּתֵ ת ל ֹּו ְשכַר עַ ל כָּל ִדבּור וְ ִדבּור" ,ווייל מיר ווייסן
דאך שוין אלע זייער גוט ,אז ווען א יודיש קינד לערנט דער הייליגער תורה
הק' פאר א לענגער'ע צייט ,און ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט וואס
קיח
אליעזר לך לך נעימות
ער לערנט ,קען נעבעך דער מענטש אמאל מיינען ,אז נע ..איך האב
גארנישט אויף געטוהן מיט מיין לערנען ,ווייל איך פארשטיי דאך סיי ווי סיי
נישט וואס איך לערן דא.
קא משמע לן קומט אונז דא רש"י הק' לאזן הערן ,אז ..ניין ,עס איז נישט
אמת ,ווייל דו האסט יא אויף געטוהן ר' יוד ,ווייל דו האסט דאך פאר שאפט
גאר גאר א גרויסע" :נַחַ ת רּוחַ " פארן הייליגן באשעפער מיט דיין לערנען
טראץ דעם וואס דו האסט נישט פארשטאנען וואס דו האסט דא געזאגט,
ווייל די עיקר איז דאך ,אז דו זאלסט "ארויס זאגן" די ווערטער פון דער
הייליגער תורה הק'.
ווייל עס ווערט דאך שוין קלאר מבואר אין דעם הייליגן ספר שיחות הר"ן
(סימן ע"ו) פון דעם הייליגן איש קדוש רבי נתן מנעמרוב זצ"ל וואס ברענגט
דאס אראפ פון דעם הייליגן נחל נובע מקור חכמה רבי נחמן מברסלב זכותו
יגן עלינו ועל כל ישראל ,וזלה"ק ,אז" :כִ י אֵ ין צְ ִריכִ ין בְ לִ מּוד ַרק הָּ א ֲִמ ָּירה
ּוממֵ ילָּא יָּבִ ין" ,ווייל די עיקר" :לִ מּוד הַ תו ָֹּּרה" לְ בַ ד לוֹּמַ ר הַ ְדבָּ ִרים כְ סֵ ֶדר וכו' ְ
איז דאך נאר ,איין זאך ,און דאס איז ,צו "זאגן" די הייליגע ווערטער פון
דער הייליגער תורה הק' ,און מקיים זיין מיט דעםַ " :וא ֲַדבֵ ָּרה" – און "ארויס
"רצוֹּן
זאגן" די ווערטער פון דער הייליגער תורה הק' ,און דאס איז דיָּ :
הַ בוֹּרֵ א בָּ רּוְך הּוא".
און ממילא דאס קומט אונז דא רש"י הק' מחדש זיין ,רש"י הק' קומט אונז
דא מחדש זיין ,אז" :כְ ֵדי לָּתֵ ת ל ֹּו ְשכַר עַ ל כָּל ִדבּור וְ ִדבּור" – אז מען
באקומט שכר אויף א יעדע איינציגע ווארט "תורה".
קיט
אליעזר לך לך נעימות
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"ט
פסוק מ"ו) ,אזַ " :וא ֲַדבְ ָּרה בְ עֵ דֹּתֶ יָך" – אז איך וועל "זאגן" די ווערטער פון
דיין הייליגער תורה הק' אפילוֶ " :נגֶד ְמלָּכִ ים" – אפילו אנטקעגן איבער
ֲבּורה" אין
גרויסע קעניג'ן – אפילו אנטקעגן איבער גרויסע" :א ֲָּריוֹּת שֶ בַ ח ָּ
דער הייליגער תורה הק' ,און" :וְ ֹלא אֵ בוֹּש" – און איך וועל זיך נישט
שעמען.
ווייל איך לערן דאך יעצט דער הייליגער "תורה" הק' ,און איך בין זיך דאך
יעצט מדבק" :בְ גּופָּ א ְדמַ לְ כָּא" – און איך בין זיך דאך יעצט מדבק אין דעם
הייליגן באשעפער אליין וואס האט זיך דאך באהאלטן אין דער הייליגער
"תורה" הק' ,און ממילא פארוואס זאל איך זיך שעמען ארויס צו זאגן
ווערטער פון דער הייליגער תורה הק' אנטקעגן איבער קעניג'ן!?..
איך בין זיך דאך יעצט מדבק אין דעם" :מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָּכִ ים הַ קָּ דוֹּש בָּ רּוְך
הּוא" – איך בין זיך דאך יעצט מדבק אין דעם גרעסט'ן קעניג וואס קעניג'ט
איבער אלע קעניג'ן פון די גאנצע וועלט!?..
און ממילא וועגן דעם קענען מיר טאקע אלע אויס רופן הויעך ,אז ווען א
יודיש קינד זיצט איבער א ספר ,און ער זאגט ארויס די ווערטער פון דער
הייליגער תורה הק' ,דעמאלט'ס האט ער זיך נישט פון וואס צו שעמען,
ווייל חז"ל האבן דאך אונז שוין קלאר פעסט געשטעלט (מסכת אבות פרק
ב' משנה ה') ,אזֹ" :לא הַ בַ יְשָּ ן לָּמֵ ד" – אז מען שעמט זיך נישט מיט דער
הייליגער "תורה" הק'!..
קכ
אליעזר לך לך נעימות
און ממילא פארוואס זאל איך זיך שעמען ווען איך זאג ארויס די ווערטער
פון דער הייליגער תורה הק' !?..און לערן דאך יעצט דער הייליגער תורה
הק'" :אֲשֶ ר שָּ ם מֹּ שֶ ה לִ פְ נֵי בְ נֵי י ְִש ָּראֵ ל" !?..און ממילא פארוואס זאל איך
זיך שעמען מיט דעם !?..דער מענטש וואס עפענט נישט קיין ספר:
אשית הַ שָּ נָּה וְ עַ ד ַאח ֲִרית שָּ נָּה" ..ער דארף זיך שעמען ,און ער דארף זיך
"מֵ רֵ ִ
פאר שטעקן פאר בושות ,נישט "איך"!?..
ווייל "איך" בין דאך דא עוסק אין דעם "קרוין" פון כלל ישראל ,און איך בין
דאך דא פארנומען מיטן ערשט'ן כתר וואס ווערט אויס גערעכנט אין די
משנה אין אבות ,ווייל דער הייליגער" :תַ נָּא הָּ אֱֹלקַ י ַרבִ י ִש ְמעוֹּן בֶ ן יוֹּחָּ אִ י"
זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין די משנה אין אבות (פרק ד' משנה י"ג) ,אז:
"שֹלשָּ ה כְ תָּ ִרים הֵ ם" – אז עס איז דאך פארהאן דריי סארטן קרוינען ,און די
ְ
ערשטע פון זיי איז דאך ,דער הייליגער" :כֶתֶ ר תו ָֹּּרה".
און ממילא" :תְ נּו כָּבוֹּד לַתו ָֹּּרה" – און ממילא געבט'ס" :כָּבוֹּד" פאר אזא
איינער וואס געבט זיך אפ מיט דער הייליגער תורה הק' ,ווייל" :וְ תַ לְ מּוד
תו ָֹּּרה" איז דאך" :כְ ֶנגֶד כלָּם".
און מיר בעטן דאך שוין טאקע אלע שטענדיג פון דעם הייליגן באשעפער,
"מפִ ינּו" – אז דער הייליגער תורה הק' זאל זיך נישט
אז :וְ ֹלא יָּמּוש הַ תו ָֹּּרה ִ
אפ טוהן פון אונזער "מיילער" ,און מיר זאלן שטענדיג זוכה זיין "ארויס צו
זאגן" די ווערטער פון דער הייליגער תורה הק'.
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל קי"ט
קכא
אליעזר לך לך נעימות
פסוק קס"ב) ,אז" :שָּ ש ָאנֹּ כִ י עַ ל אִ ְמ ָּרתֶ ָך" – אז איך פריי זיך מיט א יעדע
ווארט תורה ותפילה [וואס איך האב נאר זוכה געווען ארויס צו זאגן] אזוי
שטארק ווי" :כְ מוֹּצֵ א שָּ לָּל ָּרב" – אזוי שטארק ווי איינער וואס טרעפט א
ריזיג'ן פארמעגן מיט געלט ,ווייל" :כִ י אִ ְמ ָּרתְ ָך ִחיָּתְ נִי" – ווייל די געציילט'ע
ווערטער איז דאך מיין "לעבן".
און דאס בעטן מיר דאך שוין טאקע אלע א יעדע נאכט ביי תפילת ערבית
פון דעם הייליגן באשעפער פארן מקבל זיין" :עֹּ ל מַ לְ כּות שָּ מַ יִם בְ ַאהֲבָּ ה",
אז" :וְ נ ְִשמַ ח בְ ִדבְ רֵ י תַ לְ מּוד תו ָֹּּרתֶ ָך" – אז מיר זאלן שוין אלע זוכה זיין זיך
צו באמת פרייען מיט א יעדע "ווארט" פון דער הייליגער תורה הק' וואס
מיר זענען זוכה "ארויס צו זאגן" מיט אונזער מויל ,און אז מיר זאלן שוין
אלע זוכה זיין מקיים צו זיין בפועל ממש דעם" :נָּגִ יל וְ נ ִָּשיש בְ זֹּאת הַ תו ָֹּּרה":
וַ אֲגַ ְדלָ ה ְש ֶמ ָך
דול וַ אֲ בָ ֶׁר ְכ ָך וַ אֲ גַ ְ ּדלָה ְשמֶׁ ָך וֶׁ ְהיֵה ְּב ָרכָ ה :רש"י הק' ְו ֶׁא ֶׁע ְש ָך לְ ֹ
גוי ָּג ֹ
זאגט אונז דא ,אז די ווערטערַ " :ו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" מיינט ,אז דער אייבערשטער
האט דא צו געלייגט א אות ה' צו די נאמען פוןַ" :אבְ ָּרם" ,און עס איז
געווארןַ" :אבְ ָּרהָּ ם" ,און די ווארטַ" :אבְ ָּרהָּ ם" – איז דאך גימטריאְ :רמַ "ח,
ָאדם".
און דאס איז דאך טאקע" :כְ ֶנגֶד ְרמַ "ח אֵ יבָּ ָּריו שֶ ל ָּ
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אויך ,אז "אברהם אבינו" איז דאך געווען די
"מ ַדת הַ חֶ סֶ ד" ,און ווען א מענטש טוט" :חֶ סֶ ד" מיט אלע זיינע:
קרוין פוןִ :
"רמַ "ח אֵ יבָּ ִרים" ,דעמאלט'ס איז ער זוכה אז" :זְ כּות ֹּו שֶ ל ַאבְ ָּרהָּ ם ָאבִ ינּו" איז
ְ
מגין אויף איהם.
קכב
אליעזר לך לך נעימות
"מקוֹּר הַ חֶ סֶ ד" ,ווייל אברהם אבינו
און אברהם אבינו איז דאך געווען דיְ :
איז דאך געווען דער ערשט'ער מענטש וואס האט אריין גענומען געסט ביי
זיך אין שטוב אין א צייט וואס עס איז איהם געווען גאר גאר שווער אריין צו
נעמען געסט ,ווייל עס איז דאך געווען דעמאלט'ס גאר גאר הייס אינדרויסן,
און ער איז דאך דעמאלט'ס אויך געווען א" :ח ֹּולֶה".
אזוי ווי רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע קלאר בפירוש אין פרשת וירא,
אז ווען דער אייבערשטער איז געקומען צו אברהם אבינו ,איז ער דאך
דעמאלט'ס בלויז געקומען כדי" :לְ בַ קֵ ר אֶ ת הַ ח ֹּולֶה" – איז ער דאך
דעמאלט'ס בלויז געקומען כדי "מבקר חולה" צו זיין אברהם אבינו.
און אויב דער הייליגער תורה הק' זאגט אונז אז אברהם אבינו איז געווען א:
"ח ֹּולֶה" ,רעדט מען דאך דעמאלט'ס זיכער פון א ריכטיגע מצב פון א:
"ח ֹּולֶה".
אבער מיט דעם אלעמען ..האט אבער אברהם אבינו נאך אלץ אריין גענומען
געסט ביי זיך אין שטוב ,און ער האט זיי דעמאלט'ס גאר שיין מכבד געווען,
און ער האט זיי דעמאלט'ס גאר שיין באדינט ,און ער האט דעמאלט'ס
געוויזן מיט דעם פאר די גאנצע וועלט און פאר די שפעטער'דיגע דורות
וואס דאס מיינט "גוטע מידות" ,און וואס דאס מיינט" :גְ ִמילּות חֲסָּ ִדים".
און טאקע דערפאר האט איהם דער אייבערשטער גרויס געמאכט זיין
נאמען ,און עס איז טאקע אינטרעסאנט ָאן צו מערקן דא ,אז מיר געפונען
דאך נישט ביי קיינער פון די אבות הק' אז דער אייבערשטער האט גרויס
געמאכט א "נאמען" פון איינעם ,נאר ביי "אברהם אבינו".
קכג
אליעזר לך לך נעימות
ווייל דער אייבערשטער האט דא געוואלט ווייזן מיט דעם פאר די יודישע
קינדער ,אז וואס מאכט א מענטש גרויס !?..און וואס מאכט גרויס די
"נאמען" פון א מענטש !?..און וואס מאכט "חשוב" די נאמען פון א
מענטש!?..
און די תירוץ אויף דעם איז דאך ,אז די וועג ווי אזוי מען ווערט גרויס איז
דאך נאר דורך דעם וואס מען טוט" :חֶ סֶ ד" איינער מיטן צווייטן.
און דאס איז דאך אויך די שליסל פון" :בְ ָּרכָּה" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין
טאקע בפירוש אין פסוק אין פרשת ראה (קפיטל י"א פסוק כ"ו) ,אז דער
"ראֵ ה"
אייבערשטער האט דעמאלט'ס געזאגט פאר די יודישע קינדער ,אזְ :
– אז א מענטש דארף זעהן ,אזָ" :אנֹּ כִ י נֹּ תֵ ן" – אז דערָ" :אנֹּ כִ י" זאל ווערן א
"געבער" !..און א מענטש דארף זעהן אז ער זאל שטענדיג טוהן" :חֶ סֶ ד"
מיט אנדערע יודישע קינדער.
און דער הייליגער תורה הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין
פסוק אין פרשת שמות (קפיטל ב' פסוק י"א) ,אז דו ווייסט מיט וואס:
"וַיִ גְ ַדל מֹּ שֶ ה" – אז דו ווייסט מיט וואס משה רבינו איז גרויס געווארן!?..
און דו ווייסט וואס איז געווען די "גרויס'קייט" פון משה רבינו !?..נישט אז
ער האט גע'ענדיגט גאנץ ש"ס ,ניין ..נאר משה רבינו איז גרויס געווארן מיט
דעם וואסַ " :ויֵצֵ א אֶ ל אֶ חָּ יו ַוי ְַרא בְ סִ בְ ֹלתָּ ם" – משה רבינו איז גרויס געווארן
מיט דעם וואס ער איז ארויס געגאנגען העלפן זיינע יודישע ברודער וואס
האבן דאך שוין צוואנציג טויזנט מאל אונטער געבראכן פון די" :עֲבו ַֹּדת
הַ פֶ ֶרְך" דארטן אין דעם שווער'ן ביטער'ן" :גָּלּות ִמצְ ַריִם".
קכד
אליעזר לך לך נעימות
און יא טייערע יודן ,משה רבינו איז גרויס געווארן מיט דעם וואס ער האט
"מיט געשפירט" די צער פון זיינע פאר ווייטאגט'ע יודישע ברודער וואס
האבן גע'ארבעט ביטער שווער אין דעם שווער'ן ביטער'ן" :גָּלּות ִמצְ ַריִם".
און די זעלבע זאך איז דאך אויך געווען דא ביי "אברהם אבינו" ,און די
ווארטַ" :אבְ ָּרם" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :גְ מָּ ָּרא" [מיטן כולל],
ווייל דער אייבערשטער האט דאך אונז דא געוואלט ווייזן מיט דעם וואס ער
האט געגעבן פאר אברהם אבינו א נייע נאמעןַ" :אבְ ָּרהָּ ם" – וואס איז דאך
גימטריאְ :רמַ "ח ,אז אברהם אבינו איז נישט גרויס געווארן מיט דעם וואס
ער האט א דורך געלערנט אסאך בלעטער" :גְ מָּ ָּרא" ,און אברהם אבינו איז
נישט גרויס געווארן מיט דעם וואס ער האט גע'ענדיגט גאנץ ש"ס ,ניין ניין
ניין.
נאר אברהם איז גרויס געווארן מיט דעם וואס ער האט געטוהן" :חֶ סֶ ד" מיט
ּושסָּ "ה גִ ִידים" ,פון דעם איז
"רמַ "ח אֵ יבָּ ִרים ְ
יודישע קינדער מיט אלע זיינעְ :
ער גרויס געווארן!..
ווייל יא ר' יוד ,פון דעם ווערט מען גרויס !..מען ווערט גרויס ווען מען גייט
ארויס פון דעם "איך מיך זיך" און מען גייט העלפן א צווייטע יודיש קינד,
פון דעם ווערט מען גרויס !..און דאס איז" :וַיִ גְ ַדל מֹּ שֶ ה" – און מיט דעם
איז דער גרויסער משה רבינו גרויס געווארן" ,ווייל ער האט געהאלפן א
צווייטע יוד" ,פשוטו כמשמעו.
און יא טייערע יודן ,פון דעם ווערט מען גרויס !..פון טוהן א טובה פאר א
צווייטע יוד טראץ דעם וואס איך בין דאס נישט "מחיוב" צו טוהן.
קכה
אליעזר לך לך נעימות
און לאמיר זיך אליין פרעגן די שאלה ,דו מיינס'ט טאקע אז משה רבינו
[וואס איז אויף געוואקסן אויפן שויס פון דעם גרויסן קעניג פרעה] איז
געווען מחיוב צו העלפן זיינע יודישע ברודער וואס האבן גע'ארבעט מיט
שמוציגע ליים ארבעט !?..קיינמאל נישט ,ער איז דאך קיינמאל נישט
געווען מחיוב דאס צו טוהן.
אבער מיט דעם אלעמעןַ " :ויֵצֵ א אֶ ל אֶ חָּ יו" – אבער מיט דעם אלעמען איז
אבער משה רבינו נאך אלץ ארויס געגאנגען העלפן זיין יודישע ברודער מיט
זייערע שווערע ארבעט.
ווייל ..יא ,איך בין איהם טאקע נישט "מחיוב" צו העלפן ,אבער מיט דעם
אלעמען געדענק איך אבער נאך אלץ זייער גוט וואס דער הייליגער
סאטמאר'ע רב זי"ע ועכ"י האט דאך אונז שוין אמאל געזאגט ,אז וואס!?..
אז א" :חָּ סִ יד" איז דאך נאר אזא איינער וואס איז גרייט זיך "מוסר נפש" צו
זיין א טובה צו טוהן פאר א צווייטע יוד!..
און דאס איז דאך טאקע איינער פון די ערשטע יסודות פון יהדות ,ווייל
איינער פון די ערשטע יסודות פון יהדות איז דאךַ" :אהֲבַ ת י ְִש ָּראֵ ל" – ליב
האבן א יעדע יודיש קינד ווי זיך אליין.
און צדיקים האבן דאך אונז שוין טאקע אויך געזאגט ,אז וואס איז א
"חָּ סִ יד" !?..האבן צדיקים געזאגט ,אז נעם די ווארט" :חֶ סֶ ד" און לייג דארט
אריין א יו"ד ,וועט דאס דעמאלט'ס ווערן" :חָּ סִ יד" ,ווייל יא ר' יוד ,דאס איז
א" :חָּ סִ יד" ,א" :חָּ סִ יד" איז ,אזא איינער וואס טוט" :חֶ סֶ ד" מיט א יעדע
יודיש קינד.
קכו
אליעזר לך לך נעימות
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין די ספרים הק' ,אז עס איז
געווען גרויסע צדיקים וואס האבן געקענט טוהן אסאך אסאך מער ווי עס
איז געווען בכלל אין זייער מעגליכ'קייט צו טוהן בשעת ווען עס איז
געקומען צו העלפן א צווייטע יודיש קינד.
און" :חֶ סֶ ד" איז דאך די שליסל פון" :בְ ָּרכָּה" ,ווייל ווער ברענגט אריין א:
"בְ ָּרכָּה" אין שטוב !?..א" :או ַֹּרח" – א גאסט ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין
טאקע בפירוש אין חז"ל ,און טאקע וועגן דעם פירט מען זיך אז דער:
"או ַֹּרח" זאגט" :בִ ְרכַת הָּ או ַֹּרח" ווען ער עסט ביי א בעל הבית ,און ער
בענטש'ט דעמאלט'ס די בעל הבית פון דעם שטוב.
ווייל יא ר' יוד ,דער" :או ַֹּרח" איז דער וואס ברענגט אריין די" :בְ ָּרכָּה" אין
דעם שטוב פון דעם בעל הבית ,און ממילא וועגן דעם שטייט טאקע דא אין
פסוק ווייטער ,אז דער אייבערשטער האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו,
אזַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך" – אז די" :בְ ָּרכָּה" וואס איך וועל דיר געבן וועט זיין ,אז:
" ַו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" – אז איך וועל גרויס מאכן דיין "נאמען".
איי ..וועט איינער אבער פרעגן ,אז וואס איז מיר א נפקא מינה ווי גרויס די
"נאמען" איז !?..וואס איז שוין די "גדולה" אז דער אייבערשטער האט
גרעסער געמאכט די "נאמען" פון אברהם אבינו !?..וואס איז א חילוק אויב
די נאמען איז גרעסער אדער קלענער!?..
נאר די תירוץ אויף דעם איז ,אז דער אייבערשטער האט דא געזאגט פאר
אברה ם אבינו ,אז איך וועל גרויס מאכן דיין נאמען אין די "וועלט" ,און איך
וועל אויך "בפועל ממש" גרעסער מאכן דיין נאמען ,ווייל איך וועל דיר
קכז
אליעזר לך לך נעימות
יעצט צו לייגן א אות ה' צו דיין נאמען ,און דיין נאמען וועט יעצט ווערן:
"ַאבְ ָּרהָּ ם" ,און די ווארטַ" :אבְ ָּרהָּ ם" – איז דאך שוין גימטריאְ :רמַ "ח.
און די צוויי פשטים גייען דאך בעצם צוזאמען ,ווייל דער אייבערשטער
האט דאך דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אזַ " :ואֲבָּ ֶרכְ ָך" – אז די" :בְ ָּרכָּה"
וואס איך וועל דיר געבן וועט זיין ,אזַ " :ו ֲאג ְַדלָּה ְשמֶ ָך" – אז איך וועל גרויס
מאכן דיין נייע גרויסע נאמעןַ" :אבְ ָּרהָּ ם" אויף די גאנצע וועלט ,און די
"מ ַדת הַ חֶ סֶ ד" וואס דו
גאנצע וועלט וועט רעדן פון דיין גרויסעִ :
פארמאגס'ט אין דיר ,און אזוי וועסטו זוכה זיין אז אנדערע מענטשן וועלן
זיך אויך קענען אפ לערנען פון דיינע גוטע וועגן וואס דו פארמאגס'ט אין
דיר.
"טבְ עֲָך" בָּ ע ֹּולָּם,
און דאס מיינט טאקע רש"י הק' מיט די ווערטער :שֶ או ִֹּדיעַ ִ
אז דער אייבערשטער האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז איך וועל
מאכן אז דיין מדה פון" :חֶ סֶ ד" וואס איז שוין געווארן א חלק פון דיין
"טבע" ..וועט ווערן באוואוסט אין די גאנצע וועלט ,און אנדערע מענטשן
וועלן זיך קענען אפ לערנען פון דיר וואס דאס מיינט טוהן" :חֶ סֶ ד".
און די ווארטַ" :אבְ ָּרהָּ ם" – איז דאך שוין גימטריאְ :רמַ "ח ,כדי צו ווייזן ,אז
איינער וואס זיין מהות איז צו טוהן" :חֶ סֶ ד" מיט אנדערע מענטשן מיט אלע
"רמַ "ח אֵ יבָּ ִרים" ,אזא איינער איז זוכה צו גרויס'קייט.
זיינעְ :
און" :וֶהְ יֵה בְ ָּרכָּה" – און מיט "דיר" וועט מען צו ענדיגן די ערשטע ברכה
פון "שמונה עשרה" ,און מען וועט זאגן :בָּ רּוְך אַ תָּ ה יהו-ה "מָּ גֵן ַאבְ ָּרהָּ ם",
און מען וועט צו ענדיגן די ערשטע ברכה פון "שמונה עשרה" מיט דיין
קכח
אליעזר לך לך נעימות
"נאמען" ,און מען וועט ענדיגן מיט "דיר" ,און עס איז טאקע אזוי געבליבן:
"לְ עוֹּלְ מֵ י עַ ד ּולְ נֵצַ ח נְצָּ ִחים" אז" :בְ ָך חוֹּתְ ִמין" ,כדי אז א יעדער איינער זאל
שטענדיג גוט געדענקען דעם הייליגן מדה פון אברהם אבינו וואס איז דאך
געווען" :כָּל כל ֹּו חֶ סֶ ד".
און מיר ענדיגן טאקע נאר צו די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה מיט די
ווערטער" :מָּ גֵן ַאבְ ָּרהָּ ם" ,און אפילו ווען מיר דערמאנען שוין יא אלע אבות
הק' צוזאמען ,זאגן מיר אבער דעמאלט'ס נאך אלץ קלאר דארטן ,אז :וְ ז ֹּוכֵר
"חַ סְ ֵדי" ָאבוֹּת – אז דער אייבערשטער געדענקט גאר גוט די" :חֶ סֶ ד" פון די
אבות ,און נאר וועגן דעםּ" :ומֵ בִ יא גוֹּאֵ ל" – און נאר :בִ זְ כּות "הַ חֶ סֶ ד" וועט
דער אייבערשטער אויס לייזן די יודישע קינדער פון דעם ביטער'ן גלות.
און אין די קומענדיגע פסוק שטייט דאך שוין טאקע אויך ,אז דער
אייבערשטער האט דא געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז" :וְ נִבְ ְרכּו בְ ָך כֹּל
ִמ ְשפְ חֹּ ת הָּ א ֲָּדמָּ ה" – אז א יעדער איינער וועט זיך וואונטשן אין דיר.
און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז ווען א מענטש וועט
וועלן ָאן וואונטשן פאר זיין קינד א" :בְ ָּרכָּה" ,וועט ער איהם דעמאלט'ס
זאגן ,אז :תְ הֵ א "כְ ַאבְ ָּרהָּ ם" – אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט
אויף וואקסן אזא גרויסער" :בַ עַ ל חֶ סֶ ד" אזוי ווי "אברהם אבינו" אליין.
ווייל יא ר' יוד ,דאס איז דאך די גרעסטע" :בְ ָּרכָּה" וואס מען קען נאר געבן
פאר א מענטש ,אז ער זאל אויף וואקסן א גרויסער" :בַ עַ ל חֶ סֶ ד" ,און ..יא,
ווער עס וויל זיין א אמת'ע" :מו ֶֹּדה עַ ל הָּ אֱמֶ ת" וועט מודה זיין אז דאס איז
קכט
אליעזר לך לך נעימות
דאך אין אמת'ן די שענסטע" :בְ ָּרכָּה" וואס מען קען נאר געבן פאר א
מענטש.
און די אלע "ברכות" וואס אברהם אבינו האט דא באקומען זענען דאך
בעצם נאר געווען כדי צו ווייזן ווי גרויס דיֹּ " :כחַ הַ חֶ סֶ ד" איז ,און אז דאס
איז דאך בעצם די עיקר ,ווייל" :חֶ סֶ ד" ברענגט דאך צוַ" :אהֲבַ ת י ְִש ָּראֵ ל",
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אלע אויך זייער גוט ,אז די מצוה פון:
"וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך" איז דאך" :זֶה כְ לַל גָּדוֹּל בַ תו ָֹּּרה" – די מצוה פון:
"וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך" איז דאך כולל די גאנצע "תורה".
און מיר ווייסן דאך שוין טאקע אלע אויך זייער גוט ,אז אויב עס איז דא
דעם" :וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך" ,דעמאלט'ס איז דא דערֲ " :אנִי יהו-ה" ,אבער
אויב עס איז נישט דא דעם" :וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך ָּכמוָֹּך" ,זאגט דעמאלט'ס דער
הייליגער באשעפער ,אז איך בין נישט דיין טאטע ,ווייל איך האב דאך א
זוהן וואס הייסט יענק'ל ,און אויב פירסטו זיך נישט אויף מיט מיין זוהן
יענק'ל ברודער'לעך ,דעמאלט'ס בין איך נישט דיין טאטע ,ווייל נאר אויב
יענק'ל איז דיין ברודער ..דעמאלט'ס בין איך דיין טאטע.
און דאס זאגן מיר דאך שוין טאקע אלע א יעדן טאג אינדערפרי גלייך פארן
מקבל זיין דעם" :עֹּ ל מַ לְ כּות שָּ מַ יִם בְ ַאהֲבָּ ה" ,ווייל מיר זאגן דאך שוין אלע
א יעדן טאג אינדערפרי גלייך פארן מקבל זיין דעם" :עֹּ ל מַ לְ כּות שָּ מַ יִם
בְ ַאהֲבָּ ה" ,אז :בָּ רּוְך אַ תָּ ה יהו-ה" – אז געלויבט ביזטו הייליגער באשעפער:
"הַ בוֹּחֵ ר בְ עַ מ ֹּו י ְִש ָּראֵ ל בְ ַאהֲבָּ ה" – וואס דו וועלס'ט אויס אין דיין פאלק
ישראל" :בְ ַאהֲבָּ ה".
קל
אליעזר לך לך נעימות
און די ווארטַ" :אהֲבָּ ה" – איז דאך גימטריא" :אֶ חָּ ד" ,און ממילא עס איז
כאילו עס וואלט דא געשטאנען אזוי ,אז" :הַ בוֹּחֵ ר בְ עַ מ ֹּו י ְִש ָּראֵ ל בְ אֶ חָּ ד" –
אז דער הייליגער באשעפער איז נאר" :בוֹּחֵ ר בְ עַ מ ֹּו י ְִש ָּראֵ ל" ווען" :בְ אֶ חָּ ד"
– ווען די יודישע קינדער זענען" :בְ ַאחֲדּות".
ווייל יא ר' יוד ,אויב עס איז דא דעם" :וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך" ,דעמאלט'ס איז
דא דערֲ " :אנִי יהו-ה" ,אבער אויב עס איז נישט דא דעם" :וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך
כָּמוָֹּך" ,דעמאלט'ס וויל נישט דער אייבערשטער ח"ו זיין אונזער געטרייער
טאטע רח"ל.
און מען זעהט דאך שוין טאקע אויך אין די פסוקים שפעטער ,אז אברהם
אבינו האט דארטן געזאגט פאר די פאסטוכער פון לוט ,אז די יסוד פון א
יודיש קינד איז דאך ,אזַ" :אל נָּא תְ הִ י ְמ ִריבָּ ה בֵ ינִי ּובֵ ינֶיָך".
"ַאחים"
און ממילא לאמיר זיך נישט קריגן צווישן אונז ,ווייל :כִ י ֲאנ ִָּשים ִ
ֲאנ ְָּחנּו – ווייל מיר זענען דאך אלע ברודער'ס פון איין טאטן ,און ממילא:
"ַאל נָּא תְ הִ י ְמ ִריבָּ ה בֵ ינִי ּובֵ ינֶיָך" – און ממילא לאמיר זיך נישט קריגן ,נאר
לאמיר אלע ווייטער בלייבן "גוטע" ברודער.
און די ווערטערַ" :אל נָּא תְ הִ י ְמ ִריבָּ ה בֵ ינִי ּובֵ ינֶיָך" – איז דאך טאקע אויך
גימטריא" :וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך ֲאנִי יהו-ה" [מיטן שם" :טוֹּב"] ,ווייל ..יא,
דאס האט דא אברהם אבינו געוואלט מרמז זיין פאר לוט ,אברהם אבינו
האט דא געוואלט זאגן מיט דעם פאר לוט ,אז סוף כל סוף שטייט דאך אין
דער הייליגער תורה הק' אז" :וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך ֲאנִי יהו-ה" ,וואס דאס
מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע ווערטער ,אז דער אייבערשטער רופט
קלא
אליעזר לך לך נעימות
[כביכול] אויס הויעך ,אז אויב האבן ענק זיך ליב איינער דעם צווייטן,
דעמאלט'סֲ " :אנִי יהו-ה" – דעמאלט'ס געפון איך זיך אויך צווישן ענק,
אבער אויב ענק האבן זיך חלילה פיינט איינער דעם צווייטן ,דעמאלט'ס
אנטלויף איך פון ענק אויפן פלאץ!..
און ממילא פארוואס פעלט אונז אויס די גאנצע קאפ וויי דא ,לאמיר ווייטער
בלייבן "גוטע" ברודער ,און לאמיר נישט ח"ו פוגם זיין אין דעם" :וְ ָאהַ בְ תָּ
לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך ֲאנִי יהו-ה" ,און לאמיר זיך נישט קריגן ,ווייל א "קריגעריי" איז
דאך שוין גאר גאר א שרעקליכ'ע זאך ,און ממילא לאמיר זיך נישט קריגן
טייערע ליבע ברודער.
"מ ִריבָּ ה" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :נו ָֹּּרא" – גאר
און די ווארטְ :
שרעקליך ,ווייל יא ר' יוד ,א "קריגעריי" איז דאך שוין גאר גאר א
שרעקליכ'ע זאך ,ווייל וואס א קריגעריי קען צו ברענגען ,קען קיין שום
עבירה נישט צו ברענגען!..
און אויב מיר וועלן זיך אלע אויף הערן צו קריגן צווישן אונז ,דעמאלט'ס
וועלן מיר שוין אלע קענען זוכה זיין בעזרת השם יתברך צו די גרויסע:
ישי" ,ווייל:
"גְ אּולָּה ְשלֵמָּ ה" ,און צו דעם גרויסן" :בִ ְניַן בֵ ית הַ ִמ ְק ָּדש הַ ְשלִ ִ
"בִ ְשבִ יל ִשנְַאת ִחנָּם חָּ ַרב הַ בַ יִת" און" :בִ ְשבִ יל ַאהֲבַ ת ִחנָּם יִבָּ נֶה הַ בַ יִת".
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין די ווערטער פון" :כֹּחַ ַאל
נָּא תְ הִ י ְמ ִריבָּ ה בֵ ינִי ּובֵ ינֶיָך" ,ווייל די ווערטער" :כֹּחַ ַאל נָּא תְ הִ י ְמ ִריבָּ ה בֵ ינִי
ּובֵ ינֶיָך" – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :יִבָּ נֶה הַ ִמ ְק ָּדש עִ יר צִ יוֹּן" ,ווייל יא
ר' יוד ,די געוואלדיגע גרויסע" :כֹּחַ " פון דעם ענין פוןַ" :אל נָּא תְ הִ י ְמ ִריבָּ ה
קלב
אליעזר לך לך נעימות
בֵ ינִי ּובֵ ינֶיָך" איז אזוי גרויס ..אז עס קען צו ברענגען צו" :יִבָּ נֶה הַ ִמ ְק ָּדש עִ יר
צִ יוֹּן"!..
און יא ר' יוד ,אויב מיר וועלן אלע זאגן איינער פארן צווייטן ,אזַ" :אל נָּא
תְ הִ י ְמ ִריבָּ ה בֵ ינִי ּובֵ ינֶיָך" ,דעמאלט'ס וועלן מיר שוין אלע צוזאמען קענען
זוכה זיין צו דעם" :יִבָּ נֶה הַ ִמ ְק ָּדש עִ יר צִ יוֹּן תְ מַ לֵא".
"ָאדם"] –
און די ווערטער" :וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך ֲאנִי יהו-ה" [מיט די ווארטָּ :
איז דאך טאקע אויך גימטריא" :יִבָּ נֶה הַ ִמ ְק ָּדש עִ יר צִ יוֹּן" ,ווייל יא ר' יוד,
אויב דו וועסט ליב האבן א יעדע יודיש קינד [נישט קיין חילוק ווי אזוי ער
זעהט נאר אויס] מיט א אמת'עַ" :א ֲהבַ ת י ְִש ָּראֵ ל" ,דעמאלט'ס וועסטו מיטן
אייבערשטנ'ס הילף בקרוב ממש קענען זוכה זיין צו דעם" :יִבָּ נֶה הַ ִמ ְק ָּדש
עִ יר צִ יוֹּן".
"ַאחים" – איז דאך טאקע אויך ראשי תיבות" :מַ ה ָּיקָּ ר חַ סְ ְדָך
און די ווארטִ :
ֹלקים" ,ווייל יא ר' יוד ,ווי טייער איז די ענין פון" :חֶ סֶ ד" אפילו ווען עס
ֱא ִ
ֱֹלקים" – ווי טייער איז די ענין פון" :חֶ סֶ ד" אפילו
קומט צו א מצב פון" :א ִ
"דין" ,און יא ר' יוד ,די ענין פון" :חֶ סֶ ד" קען
ווען עס קומט צו א מצב פוןִ :
דאך שטענדיג צוברעכן די גרעסטע "מקטריגים" וואס עס איז נאר
פארהאנען אויף דער וועלט.
"ַאחים"
"ַאחים" ,ווייל די ענין פוןִ :
און דאס איז דאך טאקע די ענין פוןִ :
ווייזט דאך אויףַ" :אחֲדּות" ,אזוי ווי דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד
המלך עליו השלום זאגט דאך אונז שוין טאקע בפירוש אין זיין הייליגן ספר
תהלים (קפיטל קל"ג פסוק א') ,אז" :הִ נֵה מַ ה טוֹּב ּומַ ה נָּעִ ים" – אז ווי גוט
קלג
אליעזר לך לך נעימות
"ַאחים" גַם יָּחַ ד – אז ווי גוט און ווי זיס
און ווי זיס איז ווען עס איז :שֶ בֶ ת ִ
איז ווען מען איז" :בְ ַאחֲדּות כְ אִ יש אֶ חָּ ד בְ לֵב אֶ חָּ ד" ,און די ענין פון" :חֶ סֶ ד"
גייט דאך בעצם צוזאמען מיט דעם ענין פון" :וְ ָאהַ בְ תָּ לְ רֵ עֲָך כָּמוָֹּך" כידוע.
און אין דעם גרויסן זכות פוןַ" :אחֲדּות" וועלן מיר דאך שוין טאקע אלע
בקרוב ממש קענען זוכה זיין צו די גרויסע" :גְ אּולָּה ְשלֵמָּ ה".
און מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע א יעדן שבת מברכים ביי ראש חודש
בענטשן ,און מיר דערמאנען זיך דאך דעמאלט'ס אלע אליין ,אז דו ווייסט
ווען" :הּוא יִגְ ַאל אוֹּתָּ נּו בְ קָּ רוֹּב" – אז דו ווייסט ווען דער אייבערשטער וועט
אונז שוין אויס לייזן פון דעם שווער'ן ביטער'ן גלות !?..און" :וִ יקַ בֵ ץ
ָארץ" – און דו ווייסט ווען דער אייבערשטער וועט ַארבַ ע ַכנְפוֹּת הָּ ֶ
נ ִָּדחֵ ינּו מֵ ְ
שוין צוזאמען נעמען גאנץ כלל ישראל פון וואו זיי זענען און זיי אהיים
נעמען קיין" :אֶ ֶרץ י ְִש ָּראֵ ל"!?..
די תירוץ אויף דעם איז ,אז דאס וועט דאך נאר פאסירן ווען עס וועט זיין:
"חֲבֵ ִרים כָּל י ְִש ָּראֵ ל" – דאס וועט דאך נאר פאסירן ווען אלע יודישע קינדער
וועלן זיך שוין ליב האבן איינער דעם צווייטן מיט א אמת'עַ" :אהֲבַ ת
י ְִש ָּראֵ ל".
און די ווערטער" :הּוא ִיגְ ַאל אוֹּתָּ נּו בְ קָּ רוֹּב" – איז דאך טאקע אויך ראשי
תיבות" :אֵ יבָּ ה" – פיינט שאפט און קריגעריי ,ווייל יא ר' יוד ,דו האלטס'ט
דאך און איין פרעגן ווען עס וועט שוין זיין דעם" :הּוא ִיגְ ַאל אוֹּתָּ נּו
בְ קָּ רוֹּב" !?..יא!?..
קלד
אליעזר לך לך נעימות
די תירוץ אויף דעם איז ,אז דאס וועט דאך נאר פאסירן ווען עס וועט זיין:
"חֲבֵ ִרים כָּל י ְִש ָּראֵ ל" – דאס וועט דאך נאר פאסירן ווען אלע יודישע קינדער
וועלן זיך שוין ליב האבן איינער דעם צווייטן מיט א אמת'עַ" :אהֲבַ ת
י ְִש ָּראֵ ל" ,און דאס וועט דאך נאר פאסירן ווען מיר וועלן אלע אוועק נעמען
פון אונזערע הערצער אלע "פיינט שאפט" און אלע "קריגעריי" און אלע
"מחלוקת'ן" אויף אנדערע יודן.
ווייל נאר "דעמאלט'ס" וועלן מיר אלע קענען זוכה זיין צו זעהן :בְ הִ תְ גַלּות
כְ בוֹּד יהו-ה "אֶ חָּ ד" ,ווייל ווען מיר וועלן זיך אלע האלטן" :בְ ַאחֲדּות כְ אִ יש
אֶ חָּ ד בְ לֵב אֶ חָּ ד" ,דעמאלט'ס וועלן מיר דאך אלע קענען זוכה זיין צו דער
לעבן די צייט וואס עס וועט דעמאלט'ס זיין" :בַ יוֹּם הַ הּוא יִהְ יֶה יהו-ה אֶ חָּ ד
ּושמ ֹּו אֶ חָּ ד" ,ווייל" :בִ ְשבִ יל ִשנְַאת ִחנָּם חָּ ַרב הַ בַ יִת" און" :בִ ְשבִ יל ַאהֲבַ ת
ְ
ִחנָּם יִבָּ נֶה הַ בַ יִת".
און" :וְ נֹּ אמַ ר ָאמֵ ן" – און לאמיר טאקע אלע ווייטער בעטן דעם הייליגן
באשעפער אז עס זאל דאך שוין טאקע אזוי זיין ,און מיר זאלן שוין אלע
זוכה זיין אוועק צו ווארפן דעםֲ " :אנִי וְ ַאפְ סִ י עוֹּד" – און מיר זאלן שוין אלע
זוכה זיין אוועק צו ווארפן דעם" :איך מיך זיך" פון אונזערע הערצער ,און
מיר זאלן דאך שוין טאקע אלע ָאן הייבן צו טראכטן אביסעל'ע פון א
צווייטנ'ס געפילן ,און מיר זאלן זיך דאך שוין טאקע אלע ָאן הייבן וויסנ'דיג
צו מאכן פון א צווייטנ'ס געפילן ,ווייל דעמאלט'ס וועלן מיר דאך שוין
טאקע אלע קענען זוכה זיין צו די גרויסע" :גְ אּולָּה ְשלֵמָּ ה" ,און צו" :בִ יַאת
ישי בִ ְמהֵ ָּרה בְ יָּמֵ ינּו".
מָּ ִשיחַ צִ ְדקֵ ינּו" ,און צו דעם" :בִ ְניַן בֵ ית הַ ִמ ְק ָּדש הַ ְשלִ ִ
קלה
אליעזר לך לך נעימות
און צדיקים האבן דאך אונז שוין טאקע אויך געזאגט ,אז וועגן דעם זאגן
מיר טאקע די ווערטער" :קּומָּ ה בְ עֶ זְ ַרת י ְִש ָּראֵ ל" פאר שמונה עשרה ,ווייל א
יודיש קינד דארף דאך צו וויסן ,אז העלפן א צווייטע יוד קומט אפילו פאר
שמונה עשרה!..
און די גאנצע וועלט איז דאך נאר באשאפן געווארן פאר" :חֶ סֶ ד" ,אזוי ווי
דוד המלך עליו השלום זאגט דאך אונז שוין טאקע בפירוש אין זיין הייליגן
ספר תהלים (קפיטל פ"ט פסוק ג') ,אז" :כִ י ָאמַ ְרתִ י ע ֹּולָּם חֶ סֶ ד יִבָּ נֶה".
און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך געברענגט אין איינער פון די ספרים הק'
ָאדם צָּ ִריְך ַלעֲשוֹּת חֶ ְשבוֹּן נֶפֶ ש עִ ם עַ צְ מ ֹּו כָּל יוֹּם" – אז
בזה הלשון ,אז" :כָּל ָּ
א יעדע מענטש דארף זיך א יעדן טאג מאכן א "חשבון הנפש" ,און דו
ווייסט וואס זיין "חשבון הנפש" דארף זיין!?..
זיין "חשבון הנפש" דארף זיין ,אז" :אֵ יז ֹּו ִמצְ וָּה שֶ ל חֶ סֶ ד עָּ שָּ ה הַ יוֹּם" – אז
וועלכע" :חֶ סֶ ד" האב איך געטוהן היינטיג'ן טאג מיט א צווייטע יוד!?..
ווייל א טאג וואס מען האט נישט געטוהן קיין" :חֶ סֶ ד" מיט א צווייטע יוד
איז קיין טאג נישט!..
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל כ"ג פסוק
ו') ,אז" :אַ ְך טוֹּב וָּחֶ סֶ ד" – אז דער ענין פון טוהן גוט'ס מיט" :חֶ סֶ ד" ..דאס
מוז דאך זיין" :י ְִר ְדפּונִי כָּל יְמֵ י חַ יָּי" – דאס מוז דאך מיר נאך לויפן א גאנץ
לעבן ,און דאס מוז דאך שטענדיג ווערן געמאנט פון מיר ,ווייל דאס איז
דאך די סימן פון א "יודיש קינד" ,אז איך בין א" :גוֹּמֵ ל חֶ סֶ ד".
קלו
אליעזר לך לך נעימות
און מיר זאגן דאך שוין טאקע אלע א יעדן טאג אינדערפרי ביי די ברכות
השחר ,אז דער ענין פון" :הַ גוֹּמֵ ל חֲסָּ ִדים טוֹּבִ ים" – אז דער ענין פון טוהן:
"חֶ סֶ ד" מיט אנדערע מענטשן ,געהערט דאך טאקע נאר" :לְ עַ מ ֹּו י ְִש ָּראֵ ל" –
געהערט דאך טאקע נאר פאר די פאלק פון דעם הייליגן באשעפער וואס
רופט זיך" :י ְִש ָּראֵ ל".
און דער הייליגער נעים זמירות ישראל דוד המלך עליו השלום זאגט דאך
אונז שוין טאקע אויך בפירוש אין זיין הייליגן ספר תהלים (קפיטל י"ח פסוק
נ"א) ,אז" :מַ גְ ִדיל יְשּועוֹּת" – אז אויב א יודיש קינד וויל גרויס מאכן די
ישועות פון דעם" :מַ לְ כוֹּ" – פון דעם גרויסן" :מַ לְ כ ֹּו שֶ ל ע ֹּולָּם" – פון דעם:
"מֶ לְֶך מַ לְ כֵי הַ ְמלָּכִ ים הַ קָּ דוֹּש בָּ רּוְך הּוא" ,דעמאלט'ס איז דאך נאר דא איין
עצה צו דעם ,און דאס איז ,אז :וְ עֹּ שֶ ה "חֶ סֶ ד" – אז ער זאל טוהן" :חֶ סֶ ד"
מיט א צווייטע יוד.
און בדרך אגב איז דאך דאס אויך גאר גוט" :לִ ְמ ִשיחוֹּ" – און בדרך אגב איז
דאך דאס אויך גאר גוט צו דער נענטער'ן די" :גְ אּולָּה ְשלֵמָּ ה" ,ווייל אין דעם
זכות פון" :חֶ סֶ ד" וועלן דאך די יודישע קינדער אויס געלייזט ווערן פון דעם
שווער'ן ביטער'ן גלות דורך" :מָּ ִשיחַ צִ ְדקֵ ינּו".
און מיר בעטן דאך שוין טאקע אלע ווייטער דעם הייליגן באשעפער ,אז מיר
זאלן שוין זוכה זיין זיך צו מדבק זיין אין דעם הייליגן מדה פון" :חֶ סֶ ד"
וואס געהערט" :לְ ַאבְ ָּרהָּ ם" – וואס געהערט צו אונזער הייליגע זיידע
"אברהם אבינו" ,און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו לעבן א לעבן פוןַ" :אהֲבַ ת
חֶ סֶ ד ּוצְ ָּדקָּ ה" ,ווייל נאר אזוי וועלן מיר קענען בעטן דעם אייבערשטן אז ער
זאל אונז ווייטער ווייזן זיינע גרויסע" :חֲסָּ ִדים".
קלז
אליעזר לך לך נעימות
און די מצוה פון" :וְ הָּ לַכְ תָּ בִ ְד ָּרכָּיו" לייגט דאך אויך ארויף אויף אונז א
"מ ַדת הַ חֶ סֶ ד" וואס דער
"חיוב גמור" זיך צו פירן מיט די הייליגעִ :
אייבערשטער פירט זיך דאך שוין מיט דעם ,אזוי ווי מיר זאגן דאך שוין
טאקע אלע בפירוש ביי תחנון ,אז" :כִ י כֵן ַד ְרכֶָך ַלעֲשוֹּת חֶ סֶ ד ִחנָּם בְ כָּל דוֹּר
וָּדוֹּר" ,און אויב דער אייבערשטער טוט" :חֶ סֶ ד" אומזיסט ,דעמאלט'ס
דארפן מיר דאך אויך טוהן" :חֶ סֶ ד" אומזיסט" :שֶ ֹּלא עַ ל ְמנַת לְ קַ בֵ ל בַ ֲחז ָָּּרה".
און דער אייבערשטער טוט דאך נישט בלויז" :חֶ סֶ ד" מיט אונז נאר ווייל מיר
בעטן איהם אז" :הַ ְראֵ נּו יהו-ה חַ סְ ֶדָך וְ י ְֶשעֲָך תִ תֶ ן לָּנּו" ,נאר" :כִ י חָּ פֵ ץ חֶ סֶ ד
"רצוֹּן" פון דעם אייבערשטן אליין איז דאך אויך נאר צו הּוא" – נאר דיָּ :
"רצוֹּנ ֹּו לְ הֵ ִטיב
טוהן שטענדיג" :חֶ סֶ ד" מיט א יעדעם איינעם ,וויילְ :
לִ בְ רּוָאיו".
און יא טייערע יודן ,דער הייליגער באשעפער "אליין" איז דאך בלויז" :כָּל
כל ֹּו חֶ סֶ ד" ,און אויב דער אייבערשטער איז" :כָּל כל ֹּו חֶ סֶ ד" ,דעמאלט'ס
דארפן מיר דאך אויך זיין" :כָּל כל ֹּו חֶ סֶ ד" און שטענדיג נאר זוכן צו טוהן:
"חֶ סֶ ד" מיט יודישע קינדער ,און נאר אויב מיר וועלן טוהן" :חֶ סֶ ד" איינער
מיטן צווייטן ,וועלן מיר שפעטער קענען בעטן" :חֲסָּ ִדים וְ ַרח ֲִמים" פון דעם
גרויסן" :הַ גוֹּמֵ ל חֲסָּ ִדים טוֹּבִ ים לְ עַ מ ֹּו י ְִש ָּראֵ ל":
ו ַמ ְל ִּכי ֶצ ֶדק ֶמלֶ ְך ָשלֵ ם
הו ִציא לֶׁחֶׁ ם וָ יָ יִ ן ְוה ּוא כֹהֵ ן לְ ֵא-ל ֶׁעלְ ֹיון :עס ּו ַמלְ ִּכי צֶׁ ֶׁדק מֶׁ ל ְֶׁך ָ
שלֵם ֹ
ווערט דאך שוין געברענגט אין מדרש ,אז" :מַ לְ כִ י צֶ ֶדק מֶ לְֶך שָּ לֵם" גייט
ארויף אויף" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " ,און דאס מיינט דאך צו זאגן אין אנדערע
קלח
אליעזר לך לך נעימות
ווערטער ,אז" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " איז ארויס געגאנגען מקבל פנים זיין אברהם
אבינו נאך דעם וואס אברהם אבינו האט צוריק גענומען לוט פון די מלחמה.
און דער ענין איז דאך שוין טאקע אויך מרומז אין דעם פסוק פוןּ" :ומַ לְ כִ י
צֶ ֶדק מֶ לְֶך שָּ לֵם" וגו' ,ווייל די פסוק זאגט דאך אונז דא אזוי ,אזּ" :ומַ לְ כִ י
צֶ ֶדק" – אז דו ווייסט ווער עס איז געווען דער" :מַ לְ כִ י צֶ ֶדק" !?..דאס איז
געווען" :מֶ לְֶך שָּ לֵם" ,און די ווערטער" :מֶ לְֶך שָּ לֵם" – איז דאך טאקע אויך
ראשי תיבות" :שֵ ם" ,ווייל ..יא ,דער" :מֶ לְֶך שָּ לֵם" איז דאך טאקע געווען:
"שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ ".
און" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " האט דאך דאס בעצם נישט "געמוזט" טוהן ,אזוי ווי דער
הייליגער אור החיים הק' איז דאך אונז שוין טאקע קלאר מסביר ,אז די
קעניג פון סדום וואס איז ארויס געגאנגען אנטקעגן אברהם אבינו כדי צו
רעדן מיט אברהם אבינו ,האט דאך בכלל נישט ארויס געברענגט קיין
"כיבוד" פאר אברהם אבינו ,און געווענטליך איז דאך די סדר פון א קעניג
אז ער געבט יא "כיבוד" פאר זיינע געסט.
און ממילא די פסוק קומט אונז דא ארויס ברענגען די "לויב" פון דעם
גרויסן צדיק" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " ,אז ער האט "יא" מכבד געווען אברהם אבינו
מיט ברויט און וויין ,און די פסוק זאגט דאך אונז שוין דא קלאר ארויס ,אז:
"ּומַ לְ כִ י צֶ ֶדק מֶ לְֶך שָּ לֵם הוֹּצִ יא לֶחֶ ם ָּו ָּייִן" – אז דער הייליגער צדיק" :שֵ ם בֶ ן
נֹּ חַ " האט "יא" מכבד געווען אברהם אבינו אזוי ווי עס פאסט.
און גלייך נאך דעם שטייט ווייטער אין פסוק ,אז" :וְ הּוא כֹּ הֵ ן לְ אֵ -ל עֶ לְ יוֹּן" –
אז" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " איז געווען א" :כֹּהֵ ן לְ אֵ -ל עֶ לְ יוֹּן".
קלט
אליעזר לך לך נעימות
אבער די אמת איז ,אז מען קען דאך אויך טייטש'ן די ווארט" :כֹּהֵ ן" פשוט..
א "הַ אר" ,אזוי ווי עס שטייט דאך שוין טאקע ביי יתרו ,ווייל ביי יתרו
שטייט דאך שוין דעם לשון ,אז :וַיִ ְשמַ ע יִתְ ר ֹּו "כֹּ הֵ ן" ִמ ְדיָּן – אז יתרו די
"הַ אר" פון מדין האט געהערט.
און ממילא די פסוק שרייבט דא א פשוט'ע "טיטול" אויף דער גרויסער
הייליגער צדיק" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " ,און עס ווערט דאך שוין טאקע אויך
געברענגט אין די ספרים הק' ,אז וויבאלד" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " האט געגעבן צו עסן
פאר אברהם אבינו ,ממילא וועגן דעם האט ער געקענט זוכה זיין צו ווערן
א" :כֹּהֵ ן לְ אֵ -ל עֶ לְ יוֹּן" – ממילא וועגן דעם האט ער געקענט זוכה זיין צו
ווערן "חשוב" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן [כביכול].
און די ווערטער" :מַ לְ כִ י צֶ ֶדק" [מיטן שם הוי-ה"] – איז דאך טאקע אויך
גימטריא" :וְ הּוא כֹּ הֵ ן לְ אֵ -ל עֶ לְ יוֹּן" ,ווייל ..יא ,ווען א יודיש קינד איז א
"געבער" ,און ער טוט" :חֶ סֶ ד" מיט אנדערע יודישע קינדער ,איז ער
דעמאלט'ס זוכה צו ווערן א "הַ אר" אין די אויגן פון דעם אייבערשטן – איז
ער דעמאלט'ס זוכה צו ווערן "חשוב" און "טייער" ביים הייליגן באשעפער.
און מען זעהט דאך שוין טאקע אויך ביי "אברהם אבינו" ,אז דער
אייבערשטער האט איהם געזאגט ,אז" :וְ ֹלא יִקָּ רֵ א עוֹּד אֶ ת ִש ְמָך ַאבְ ָּרם" – אז
דיין נאמען וועט מער נישט זייןַ" :אבְ ָּרם" ,נאר" :וְ הָּ יָּה ִש ְמָך ַאבְ ָּרהָּ ם" – נאר
דיין נאמען וועט זייןַ" :אבְ ָּרהָּ ם" ,ווייל" :כִ י ַאב הֲמוֹּן ג ֹּויִם נְתַ תִ יָך" – ווייל
פון יעצט און ווייטער וועסטו ווערן א "הויפט" פאר די גאנצע וועלט.
קמ
אליעזר לך לך נעימות
און רש"י הק' זאגט דאך אונז שוין טאקע אויך בפירוש ווייטער ,אז:
"וְ עַ כְ שָּ יו ַאב לְ כָּל הָּ ע ֹּולָּם" – אז פון יעצט און ווייטער וועט אברהם אבינו
ווערן א הויפט "פאר די גאנצע וועלט" ,און דו ווייסט פארוואס !?..כדי אז
די גאנצע וועלט זאל זיך קענען אפ לערנען פון אברהם אבינו ווי אזוי מען
דארף זיך "מתחסד" זיין מיט אנדערע מענטשן.
און די ווערטער" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " – איז דאך טאקע אויך גימטריא" :תֵ ן" –
געב !..ווייל יא ר' יוד ,דו זאלסט וויסן אז" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " איז געווען:
"בִ בְ ִחינַת תֵ ן" – דו זאלסט וויסן אז" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " איז געווען א "געבער"!..
און אין דעם זכות וואס ער איז געווען א "געבער" און ער האט געטוהן:
"גְ ִמילּות חֲסָּ ִדים" ,האט ער זוכה געווען צו זיין א" :כֹּהֵ ן לְ אֵ -ל עֶ לְ יוֹּן".
און ווי נאר" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " האט געזעהן אברהם אבינו ,איז דעמאלט'ס גלייך:
" ַויְבָּ ְרכֵהּו" – האט ער איהם דעמאלט'ס גלייך געבענטש'ט ,אוןַ " :ויֹּאמַ ר" –
און ער האט דעמאלט'ס גלייך געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז" :בָּ רּוְך ַאבְ ָּרם
ָָּארץ".
לְ אֵ ל עֶ לְ יוֹּן קֹּ נֵה שָּ מַ יִם ו ֶ
ווייל יא טייערע יודן ,דער גרויסער הייליגער צדיק" :שֵ ם בֶ ן נֹּ חַ " האט דאך
אויך געהאט א כח צו "בענטשן" פונקט אזוי ווי "אברהם אבינו".
איי פארוואס !?..די תירוץ אויף דעם איז ,ווייל ער האט דאך געהאט אין זיך
"מ ַדת הַ חֶ סֶ ד".
גאר גאר א שטארקע שטראם פוןִ :
"מ ַדת הַ חֶ סֶ ד",
און אויב מיר וועלן אויך פארמאגן א שטארקע שטראם פוןִ :
דעמאלט'ס וועלן מיר אויך קענען האבן די כח צו בענטשן וועמען מיר וועלן
קמא
אליעזר לך לך נעימות
נאר וועלן ,ווייל שלמה המלך זאגט דאך אונז שוין בפירוש אין זיין הייליגן
ספר משלי (קפיטל כ"ב פסוק ט') ,אז" :טוֹּב עַ יִן" – אז דער וואס האט א
"גוט אויג" ,און ער פארגינט א צווייטן" :הּוא ְיב ָֹּּרְך" – ווערט געבענטש'ט
פון דעם אייבערשטן אליין.
און אויב איינער ווערט געבענטש'ט פון דעם אייבערשטן אליין א יעדע מאל
וואס ער איז א" :טוֹּב עַ יִן" ..ווערט דאך פשוט באגאסן מיט" :בְ ָּרכוֹּת" ,ווייל
א יעדע מאל וואס ער איז א" :טוֹּב עַ יִן" און ער טוט" :חֶ סֶ ד" מיט א צווייטן,
ווערט ער דאך דעמאלט'ס באגאסן מיט" :בְ ָּרכוֹּת ָּלרֹּב" ,און אויב א מענטש
פארמאגט אזוי פיל" :בְ ָּרכוֹּת" אין זיך ,גיסט זיך עס דאך שוין איבער אויף
אנדערע אויך ,און ער באקומט שוין דעמאלט'ס א כח צו בענטשן אנדערע
מענטשן אויך ,אזוי גרויס איז די כח פון א" :טוֹּב עַ יִן" און א" :בַ עַ ל חֶ סֶ ד",
זייער כח איז ,אז זיי זענען" :מַ גְ ִדיל יְשּועוֹּת מַ לְ כוֹּ" דורך" :וְ עֹּ שֶ ה חֶ סֶ ד":
ֹהו ִציא לֶ ֶחם וָ יָיִ ן
און מיט דעם ענדיגן מיר :אז מיר זאלן זוכה זיין אז ווען
עס וועט זיין" :אָ סֻ ָרה נָא" – ווען מען וועט אוועק גיין פון
דעם גרויסן התעוררות ,זאל אבער נאך אלץ זיין:
"וְ אֶ ְראֶ ה אֶ ת הַ ַמ ְראֶ ה הַ ָגדֹּל הַ זֶה"!..
תם ולא נשלם!
שבח ושירה לאל בורא עולם!
יצא לאור לז"נ זקני הרב ר' יצחק בן יונה ז"ל
קמב
אליעזר לך לך נעימות
קמג
אליעזר לך לך נעימות
קמד
