דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

בעזהשי"ת
דברי חיזוק
פרשת לך לך
אמרות משה -זיך שלאגן מיטן יצר הרע אויף רביה"ק מסאטמאר -דער עיקר וואס השי"ת
אלע פראנטן! [עמוד לד] וויל פון אונז איז ,זיך צו פרייען מיט די מצוות!
[עמוד ג]
ישמח משה -וואס דארף מען האבן ,חיזוק
אדער התעוררות? [עמוד לה] זרע קודש -ווארף שוין אוועק די מחשבות
וואס צוקלאפן דיר!! [עמוד ח]
זאת זכרון -אינזין האבן בלויז כבוד שמים!
באר מים חיים -דינען דעם אויבערשטן מיט א
[עמוד לז]
זריזות ,ברען ,און חשק! [עמוד יא]
עבודת ישראל -אז דו האסט די זכיה צו דינען
דעת תורה -דורך 'זריזות' קען מען אין איין
השי"ת ,ביסטו דער גרעסטער עושר!
רגע ווערן איבערגעדרייט פון א רשע צו א
[עמוד לח]
צדיק! [עמוד יג]
אמרי אמת -אין יעדן איד איז שפת אמת -די גרעסטע נחת רוח פארן
אריינגעווארצלט א כח פון אמונה ,וואס קומט אויבערשטן איז פון דיינע 'רצונות'! [עמוד טז]
פון אברהם אבינו! [עמוד מ]
רביה"ק מסאטמאר -מתפלל זיין ,אז מיר זאלן
תפארת שלמה -נאר ווען מען איז פרייליך איז קענען זען די חסדים מיט די אויגן [עמוד יח]
דא השראת השכינה! [עמוד מא] בית אהרן -דיין נשמה וויל צוריקגיין צו איר
חיד"א -השי"ת טוט מיט מיר בלויז גוטס!! שורש! [עמוד כא]
[עמוד מג] תפארת שלמה -דער אויבערשטער באגיסט
אור לשמים -אז מען איז זיך מתגבר אויף דעם אונז מיט חסדים פיל מער וויפיל ס'קומט זיך
אונז! [עמוד כג]
אייגענעם יצר הרע ,איז מען זוכה צו מכניע
זיין אלע רשעים! [עמוד מד] בת עין -וואס געבט מיר די כוחות צו קענען
בייקומען אלע מיינע מלחמות? [עמוד כה]
רוקח -די מצות מילה פון אברהם אבינו איז
מכפר אויף אונז! [עמוד מה] זאת זכרון -אפילו דו ביסט זוכה צו מדריגות,
האלט דיך נישט גרויס [עמוד כט]
מאור ושמש -דורך ענוה מיט שמחה קען מען
מי השלוח -מען דארף מתפלל זיין אז סיי די
מכניע זיין אלע שונאים! [עמוד מו]
ארעמקייט און סיי די עשירות זאלן נישט
א בריוו פונעם של"ה הקדוש זי"ע [עמוד מז] אוועקנעמען פונעם אויבערשטן! [עמוד לא]
זיך איינצושרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון
ווי אויך פאר סיי וואספארא באמעקונגען
רופט /טעקסט צו מכון דברי חיזוק אויף 845-886-0123
און לאזט א מעסעדזש אויפן סיסטעם
אדער שיקט אן אימעיל צו
dc8458860123@gmail.com
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
חלק ניכר מקונטרס הזה הוא מעשי ידי אומן של
הרב רבי יוסף זצ"ל ב"ר אברהם שמואל יהודא שליט"א,
שהעתיק ,ערך ,וליבן חלק ניכר מקונטרס הזה ,אשתקד פר' לך לך תשפ"ו
נדפס לזכרו ולעילוי נשמתו
יה"ר שזכות הרבים יעמוד לו ולדורותיו לנצח ולנצחים
-א-
דער עיקר וואס השי"ת וויל פון אונז איז ,זיך צו פרייען מיט די מצוות!
ֹּאמר ה’ ֶאל ַא ְב ָרם ֶל ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך ו ִממוֹּ ַל ְד ְת ָך ו ִמ ֵבית ָא ִב ָ
יך (יב א) ַוי ֶ
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו :גיי אוועק פון
דיין לאנד ,און פון דיין געבורט-ארט ,און פון דיין טאטנ'ס הויז
רש"י הק' טייטשט’ :לך לך -להנאתך ולטובתך’ ,אז השי"ת האט געזאגט פאר
אברהם אבינו ע"ה ,אז דאס אוועקגיין פון דיין לאנד וכו' וועט זיין פאר דיין הנאה און
פאר דיין טובה .זאגט אויף דעם מרן רבינו הק’ מסאטמאר זי"ע א מורא'דיגע בחינה:
ווייל באמת דארף מען פארשטיין ,וואס איז בכלל די גרויסע מעלה און חידוש פון
דעם וואס אברהם אבינו האט מקיים געווען דעם באפעהל פון השי"ת צו ליידן 'גלות'
און אוועקגיין פון זיין לאנד ,עס איז א געווענליכע זאך אז אפילו גאר פשוט'ע מענטשן
זענען זיך מוסר נפש צו טון א זאך וואס השי"ת האט זיי געהייסן ,ובפרט אויב זיי הערן
דאס (כביכול) פונעם מויל פון השי"ת אליין ,אזויווי אברהם אבינו האט געהערט פון
השי"ת אליין 'לך לך מארצך' ,אויב אזוי פארוואס ווערט דאס גערעכנט ווי א 'נסיון'?
-ג-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
נאר עס איז מבואר אין ספרים הקדושים ,אז דער עיקר פון די אלע 'עשרה נסיונות'
איז געווען ,אז אברהם אבינו האט מקיים זיין דעם ציווי ה' מיט שמחה ,און ער האט
זיך ממש געפריידט מיט דעם וואס ער האט די זכיה צו מקיים זיין דעם רצון ה'.
אנדערש ווי ביי רוב מענטשן ,וואס כאטש זיי טוען טאקע דאס וואס השי"ת האט
אויף זיי גוזר געווען ,אפילו עס קומט זיי אן זייער שווער ,דאך קומט זיי עס אן מיט
צער און עגמת נפש ,און זיי וואלטן ענדערש געוואלט אז השי"ת זאל זיי בכלל נישט
הייסן דאס צו טון.
ביי אברהם אבינו איז אבער געווען גאר אנדערש ,איינמאל עס איז ביי אים געווען
קלאר אז דער רצון ה' איז אז ער זאל ליידן 'גלות' און אוועקגיין פון זיין לאנד (און
אזוי אויך אלע אנדערע 'נסיונות') ,האט ער זיך ממש געפריידט מיט דעם ,ווייל אברהם
אבינו האט נישט געהאט קיין שום אנדערע ציל אין לעבן ,נאר צו מקיים זיין דעם
רצון ה' ,דעריבער האט ער בכלל נישט געשפירט קיין שום צער און עגמת נפש פון
די 'גלות' וכדומה ,פארקערט עס איז אים געווען א געוואלדיגע 'הנאה' און א
'טובה' ,ווייל עס האט נישט עקזיסטירט ביי אים קיין גרעסערע הנאה ווי צו מקיים
זיין דעם רצון ה'.
און עס איז באוואוסט ,אז די עיקר שלימות פון א מצוה ,איז נראה ווען מען איז דאס
מקיים בשמחה ,אזויווי עס שטייט און פסוק (דברים כח מז) ’תחת אשר לא עבדת את
ה’ אלקיך בשמחה’ (אז די שטראפן פון די 'תוכחה' קומען צוליב דעם וואס מען האט נישט מקיים
געווען די מצוות בשמחה) .אויך איז באוואוסט דאס וואס דער הייליגער אריז"ל האט אונז
מגלה געווען ,אז ער האט נאר זוכה געווען צו אלע זיינע מדריגות דורך 'שמחה של
מצוה' .אבער לכאורה איז שווער ,אז מיר געפינען בכלל נישט אין די תורה קיין ציווי
אויף 'שמחה של מצוה' ,און אויב איז דאס טאקע אזא חשוב'ע און הארבע זאך ,וואלט
-ד-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
דאך השי"ת זיכער אונז געדארפט בפירוש באפעלן אין די תורה דערויף ,פונקט ווי
אלע אנדערע מצוות?
נאר עס איז באוואוסט דאס וואס חז"ל זאגן (ב"ק לח’ :).גדול המצווה ועושה יותר
ממי שאינו מצווה ועושה’ (אז א מצוה וואס מען איז באפוילן דערויף ,איז גרעסער פון א מצוה
וואס מען איז נישט באפוילן דערויף) ,און דער טעם דערפון איז ,וויבאלד דער יצר הרע
פארלייגט זיך סאך מער אויף א מצוה וואס מען איז באפוילן דעררויף ,און א מענטש
דארף זיך סאך מער פלאגן דאס צו מקיים זיין ,ממילא איז דאס פיל חשוב'ער און מען
באקומט אויף דעם א גרעסערע שכר.
לויט דעם קען זיין ,אז וויבאלד דער ענין פון 'שמחה של מצוה' ,זוכה צו זיין זיך ממש
צו פרייען בשעת מען פלאגט זיך אויף א מצוה ,דאס איז א עבודה וואס מען דארף
גאר אסאך הארעווען דערויף ,וויבאלד דאס איז א ענין רוחני (אנדערש ווי 'שמחת יום
טוב' וואס איז בבשר ויין) ,און נישט יעדער איינער איז זוכה צום סוף עס צו דערגרייכן.
ממילא אויב וואלט דאס געשטאנען בפירוש אין די תורה ,און עס וואלט געווען בגדר
'מצווה ועושה' ,וואלט דאך דעמאלטס געווען גאר א שטארקע 'התגברות היצר'
דערויף ,עד כדי כך אז עס וואלט ממש נישט געווען מעגליך צוצוקומען דערצו.
קומט אויס ,אז אדרבה ,דייקא וויבאלד 'שמחה של מצוה' איז אזא חשוב'ע און טייערע
עבודה ,דייקא וועגן דעם האט די תורה נישט געשריבן אויף דעם א בפירוש'ע ציווי,
און די תורה האט דאס דערמאנט נאר בדרך רמז (אז די שטראפן פון די תוכחה קומען צוליב
נישט האבן 'שמחה של מצוה') כדי אז עס זאל נישט זיין אזא שטארקע התגברות היצר
קעגן דעם ,און וואס מער מענטשן זאלן זוכה זיין דאס צו דערגרייכן די דאזיגע הייליגע
און טייערע עבודה.
-ה-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
דאס איז אלעס ביי סתם מענטשן ,אבער ביי אברהם אבינו איז געווען אנדערש ,אז
חוץ פון דעם וואס השי"ת האט אים באפוילן די עצם 'נסיון' ,האט ער אים אויך
בפירוש באפוילן אז ער זאל דאס מקיים זיין מיט די גרעסטע מאס שמחה וואס איז
נאר שייך ,עד כדי כך אז ער זאל האבן דערפון די גרעסטע תענוג און הנאה אויף דער
וועלט .און דאס איז באמת גאר א גרויסע און שווערע 'נסיון' ,צוצוקומען דערצו באמת
ובשלימות בפנימיות הלב .און נאכדערצו אז וויבאלד עס איז געווען א בפירוש'ע ציווי
פון השי"ת דערויף ,וואס דעמאלטס איז דאך דא סאך א שטערקערע התגברות היצר
קעגן דעם.
דאס איז פשט אין די ווערטער פון רש"י ’לך לך -להנאתך ולטובתך’ ,אז די ציווי פון
השי"ת איז געווען אז די גאנצע ענין פון ’לך לך’ זאל זיין ’להנאתו ולטובתו’ דייקא,
דהיינו אז בפנימיות הלב זאל ער שפירן דערפון נאר א 'הנאה' און א 'טובה' ,און ער
זאל דאס מקיים זיין מיט די גרעסטע מאס שמחה ותענוג ,און דאס איז געווען די עיקר
נסיוןא.
א דברי יואל פ’ לך עמ’ ר"ז (מכתי"ק) :ויאמר ה' אל אברם לך לך מארצך וממולדך וגו'
פרש"י להנאתך ולטובתך עכ"ל ,אפשר לומר הרמז ,כי באמת עיקר המעשה מה שעזב
ארצו ומולדתו עבור ציווי הבורא ב"ה ,אין זה רבותא כ"כ ,כי הי' מוכרח לקיים מה
שנצטו' עלי' מהבויית"ש ויוכל להיות אף בין אנשים פשוטים שימסרו נפשם במה שיגזור
עליהם הקב"ה ,ובפרט אם ישמעו מפי הקב"ה בעצמו ,כמו אברהם אבינו ע"ה ,אמנם
מבואר בספרים כי עיקר הנסיון הי' במה שעשה הכל בשמחה ממש ,כי עפ"י רוב בשאר
בנ"א ,אף שמקבל עליו גזירת המקום ,אבל אעפ"כ הוא מצטער על הדבר אשר נגזר
עליו ,לאשר יכבד עליו לסבור צער הגזירה ,אבל אאע"ה כיון שרעה שזהו רצון הבורא
ב"ה עליו שיסבול גלות ,הי' שמח ממש בדבר ,כי לא הי' לו שום רצון אחר ,רק לקיים
רצון הבורא ב"ה ,ממילא לא הרגיש שום צער בהגלות ובכל הנסיונות ,כי כל זה הי'
-ו-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
הנאתו וטובתו ממש ,לאשר מקיים בזה מצות הבורא ב"ה ,ולא הי' לפניו שום הנאה
וטובה אחרת ,זולתי לקיים רצון הבוי"ת"ש .והנה נודע כי בכל המצות עיקר שלימות
המצו' לעשותה בשמחה ,כמבואר בקרא תחת אשר לא עבדתו את ה' אלקיך בשמחה,
וכבר גילה לנו האריז"ל כי לא זכה לכל המדריגות אלא עבור שמחה של מצו' ,אמנם
לכאורה לא מצינו שום ציווי ואזהרה בתורה על השמחה ,ובכל המצות שבתורה אף
שנזכר העונש בהם ,אבל עוד הכפיל הכתוב בכולם לכתוב גם אזהרה עליהם במקו"א,
וכמ"ש ז"ל בכ"מ עונש שמענו אזהרה מנין ,וכאן לא הזכיר ע"ז מאומה ,והאמנם שהוא
דבר התלוי בלב ואין זה ביד האדם ,מ"מ מצינו אזהרות גם על מצות כאלו ,כי היראה
והאהבה וכדומה ,שהאזרה הוא כדי להשתדל בהשגת הדבר לבוא לידי כך ,וכמו"כ
שמחת החג מבואר הציווי עלי' בקרא ,אבל בשאר כל המצות לעשותן ולקיימן בשמחה,
לא מצינו ע"ז שום ציווי בקרא ,ועונש שמען אזהרה לא שמענו וטעמא בעי .ואפשר
בשביל שזהו באמת עבודה קשה ,ולא כל אדם זוכה להיות שש ושמח ביגיעת המצו',
ושמחת החג היא גם בבשר ויין וכדומה ,אבל שמחה של מצו' היא ענין רוחני לבד,
וידוע כי לכן גדול המצוה ועושה יותר ממי שאינו מצו' ועושה ,כי היצה"ר מתגבר יותר
במי שמצוה על הדבר ,ולכן בענין השמחה של מצוה אשר היא העבודה המעולה לפני
השי"ת וראש לכל המדריגות בעבדות ה' ,והיצה"ר מתגבר ע"ז מאוד אף שלא בא בציווי,
וראיתי בני עלי' והמה מועטים העובדים ה' באמת בשמחת הלב לפני הקב"ה ,ואילו הי'
בא עוד בציווי בפירוש ,יוכל להיות שלא הי' באפשרי לעמוד בו מפני גירוי היצה"ר ,לכן
אפשר שבשביל זה ראתה חכמתו ית' שלא לצוות על הדבר ,ורק העובדי ה' ועוסקי
תורה ומצות משיגין אותה במתי מעט מעט ,אמנם אאע"ה שכוחו רב נתנסה גם בזה,
שמלבד עיקר הנסיון לעזוב ארצו ומולדתו ,עוד נצטו' מפי הקב"ה שלא להצטער על
הדבר ,רק יקבל גזירת המקום ב"ה בשמחה ,ויהי' שש ושמח במה שמקיים בזה רצון
הבורא ב"ה ,עד שהי' הדבר להנאתו ולטובתו ממש ,וזהו באמת נסיון גדול בהרגשת
הלב שיהי' כן בשלימות ,בפרט כשבא בציווי גם ע"ז ,שהיצה"ר מתגרה יותר ע"י
הציווי,ומובן היטב מ"ש "לך לך" להנאתך ולטובתך דייקא שנצטו' לעשותו בשמחה ,וזהו
עיקר הנסיון והבן.
-ז-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-ב-
ווארף שוין אוועק די מחשבות וואס צוקלאפן דיר!!
ֹּאמר ה’ ֶאל ַא ְב ָרם ֶל ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך ו ִממוֹּ ַל ְד ְת ָך ו ִמ ֵבית ָא ִב ָ
יך (יב א) ַוי ֶ
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו :גיי אוועק פון
דיין לאנד ,און פון דיין געבורט-ארט ,און פון דיין טאטנ'ס הויז
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע טייטשט ,אז אברהם אבינו פלעגט זיך שטענדיג
מתבונן זיין אין זיין 'שפלות' ,און ער האט געטראכט" :וויאזוי איז מעגליך אז איך זאל
קענען זיין א גרויסע צדיק בשלימות ,און אז דורך מיר זאל פארשפרייט ווערן די אמונה
אין השי"ת אין די גאנצע וועלט? איך קום דאך פון 'אור כשדים' וואס איז א פלאץ
פון רשעים ,אויך מיינע עלטערן און מיין משפחה זענען אלע עובדי עבודה זרה ,איז
וויאזוי איז מעגליך אז אזא מענטש ווי איך זאל קענען ווערן א צדיק און א קדוש"?
אבער באמת ,כאטש ס'איז זייער גוט אז א מענטש זאל טראכטן פון זיין 'שפלות' ,און
דורכדעם זוכה זיין צו די געוואלדיגע מדות פון 'ענוה' און 'הכנעה' ,אבער
פונדעסטוועגן שטייט דאך אין פסוק (דהי"ב י"ז ו) ’ויגבה לבו בדרכי השם’ ,אז ווען עס
קומט צו עבודת ה' איז א מענטש מחוייב זיך צו פארברייטערן און דערהייבן זיין מוט,
און נישט זיך האלטן קליין או צוקלאפט צוליב סיי וואספארא סיבה עס זאל נאר נישט
זיין.
ווייל אויב ווען עס קומט צו עבודת ה' שפירט דער מענטש א צוקלאפטקייט ביי זיך,
וועט אים דאס ברענגן אז ער זאל נישט מקיים זיין די מצוות ומעשים טובים געהעריג,
נאר ער וועט אלעס טון טרוקענערהייט אן קיין שמחה און חשק ,און בכלליות וועט
-ח-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
עס אריינברענגען א שוואכקייט און א נאכגעלאנזקייט און זיין גאנצע עבודת ה' .און
דאס איז טאקע די 'עצת היצר' ,וואס ער איז גורם אז דער מענטש זאל זיך שטענדיג
אליינס צוקלאפן ,ווייל ער ווייסט אז פון דעם וועט ער ארויסגיין מיט אסאך רווח.
אבער לכאורה איז די זאך בכלל נישט אזוי פשוט ,ווייל וויאזוי קען א מענטש האבן די
כוחות זיך צו דערהייבן זיין מוט און זיך שטארקן ,בו בזמן וואס ער ווייסט ליידער זיין
געוואלדיגע 'שפלות' און זיין נידריגע מצב?
נאר מיר ווייסן דאך אז די חסדים און די רחמנות פון השי"ת האט נישט קיין שיעור
און קיין ערך ,עס ענדיגט זיך קיינמאל נישט און עס האט נישט קיין גבול .ממילא דארף
א מענטש טראכטן ביי זיך" :אויב וועל איך זאגן ,אז וויבאלד איך קום פון א שוואכע
משפחה ,אדער אז וויבאלד איך בין שוין ליידער דורכגעפאלן מיט אסאך עבירות,
דעריבער קען איך שוין נישט זיין קיין צדיק און קיין ערליכער איד ,און השי"ת האט
שוין נישט קיין נחת רוח פון מיינע מצוות -אויב זאג איך אזוי ,קומט דאך אויס אז איך
שטעל ח"ו אוועק א גבול און א ענדע פאר די רחמנות און די חסדים פון השי"ת ,און
דער אמת איז דאך נישט אזוי ,ווייל די רחמנות אין די חסדים פון השי"ת ענדיגן זיך
קיינמאל נישט".
ווען א מענטש וועט זיך גוט מתבונן זיין אין די דאזיגע מחשבה ,און עס וועט קלאר
ווערן ביי אים ,אז ווי טיף און ווי גרויס זיין נפילה זאל נאר זיין ,דאך קומט עס בכלל
נישט צו ,צו די טיפקייט אין די גרויסקייט פון די רחמנות אין די חסדים פון השי"ת.
דורכדעם וועט זיין מוט זיך דערהייבן ,און עס וועט זיך שטארקן זיין תשוקה און חשק
צו דינען השי"ת ,און צו מזכה זיין אויך אנדערע אידן און זיי העלפן און זיי שטארקן
אין עבודת ה'.
-ט-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
דאס האט השי"ת דא אויסגעלערנט פאר אברהם אבינו’ :לך לך מארצך וממולדתך
ומבית אביך’ ,גיי אוועק פון די מחשבה וואס דו טראכסט אז וויבאלד די קומסט פון
א שטאט פון רשעים ,און פון א משפחה פון רשעים ,דעריבער ביסטו זייער נידריג און
דו ביסט נישט ראוי צו פארשפרייטן מיין אמונה אין די וועלט .לאז דיך אפ פון אזעלכע
מחשבות און ווארף זיין אוועק ,נאר זיין מקיים דעם ’ויגבה לבו בדרכי השם’ ,און
דוקא דורך דיר זאל מיין אמונה פארשפרייט ווערן אין די גאנצע וועלט.
ווייל באמת האט געפלאקערט אין די הארץ פון אברהם אבינו א ברען און א תשוקה
צו מפרסם זיין די אמונה פון השי"ת אין די גאנצע וועלט ,נאר צוליב זיינע מחשבות
איבער זיין 'שפלות' איז ער געווען מסופק צו ער איז ראוי דערצו ,האט אים השי"ת
געהייסן ער זאל אוועקווארפן די אלע מחשבות ,און זיך נעמען מיט א פעסטקייט צו
פארשפרייטן די הייליגע אמונה אויף די וועלט ,אזויווי עס איז געווען זיין אמת'ע רצוןב.
ב זרע קודש פ’ לך :לך לך מארצך כו' .כי אברהם אבינו ע"ה היה משוטט ומחשב במחשבתו
תמיד שפלותו ,וחשב בדעתו איך יכול אני להיות צדיק גדול בשלימות ,ושעל ידי יתפרסם
קדושתו ית"ש כרצוני ותשוקתי ,ואני בא מארץ מולדתי מעיר כשדים אנשי רשע ,ומולדתי
ומשפחתי ואבותי המה עובדי עבודה זרה ,ואיך אפשר לאיש כזה להיות צדיק וקדוש כ"כ,
ובאמת אף שטוב מאוד שהאדם יחשוב שפלותו ולבוא למדת הכנעה וענוה ,עס כל זה ויגבה
לבו בדרכי ה' כתיב (דה"ב יז ,ו) ,כי לעבודתו ית"ש צריך האדם להרחיב דעתו ,ולהגביה את
עצמו .ועל ידי מה יהיה הדרך לזה להגביה דעתו - ,אם שפלותו והכנעתו הקבועה בלבו הוא
על דרך זה -כיון שיודע שאין שיעור וערך וסוף לחסדו ורחמנותו ית"ש ,ואם אמר יאמר
האדם כנ"ל שאנכי מחמת שבאתי מדור ומשפחה ואבי שהם רשעים ,או מחמת שכבר
אניבעצמי עשיתי הרבה עבירות ,על ידי זה אי אפשר לי להיות צדיק גדול כל כך ,א"כ אם
יאמר כן ,נותן ח"ו גבול וערך וסוף לרחמנותו ית"ש ,ובאמת לא כן הוא כנ"ל על דרך (תהלים
קל ,ד) כי עמך הסליחה למען תורא ,ובזה נתרחב דעתו ומחשבתו ונתגדל תשוקתו לעשות
רצונו יתברך ,ובוטח בו יתברך שברוב רחמנותו ורצונו להטיב לברואיו ,יעזרנו לעבודתו ,אף
-י-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-ג-
דינען דעם אויבערשטן מיט א זריזות ,ברען ,און חשק!
ֹּאמר ה’ ֶאל ַא ְב ָרם ֶל ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך ו ִממוֹּ ַל ְד ְת ָך ו ִמ ֵבית ָא ִב ָ
יך (יב א) וַ י ֶ
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו :גיי אוועק פון
דיין לאנד ,און פון דיין געבורט-ארט ,און פון דיין טאטנ'ס הויז
דער הייליגער באר מים חיים זי"ע ערקלערט :דער אויבערשטער האט געזאגט פאר
"לך ְל ָך" – זאלסט וויסן ,אז דאס וואס דו פאלגסט אויס די באפעל פון
אברהם אבינוֶ :
"ל ָך" – דיינס .דאס געהער צו דיר.
השי"ת צו גיין אין וועג ,דאס איז ְ
ווייל דו האסט גארנישט אויף דער וועלט אויסער צו עוסק זיין אין תורה און מצוות,
נאר דאס איז דיין זאך אויף דער וועלט! דעריבער זאלסטו דאס טון פונקט ווי א
מענטש טוט 'זיין' אייגענע באשעפטיגונג ,וואס דאן לייגט ער אריין דערין אלע זיינע
כוחות ,און ער טוט דאס מיט אן אמת ,מיט א זריזות ,מיט א תמימות ,מיט אן
אויסערגעווענליכע חשק.
שהוא מאוד בשפל המדריגה ,כדי להטיבו באחריתו .וזהו שלמד השי"ת לאברהם ,לך לך
מארצך וממולדתך ומבית אביך ,כנ"ל שאתה עוסק במחשבה זו שאתה שפל מאוד מחמת
שביאתך הוא מהם כנ"ל ,סלק המחשבה הזאת מעצמך ותגבה לבך בדרכי ה' ויתפרסם על
ידך קדושתי כרצונך ,כי כל תשוקתו ורצונו של אברהם היה להמשיך קדושתו ית"ש,
ולהמשיך החסדים העליונים לעולם הזה ,ולכן נקרא אברם ,כי יש בעולמות עליונים בחינות
עליונות ראשונות שנקראים אב ,כי הם בחינת מחשבה עליונה ,ואבות מכלל דאיכא תולדות
שהמחשבה היא אב למעשה ,כי לכל דיבור ולכל עשיה קדמה מחשבה ,שמוליד את הדיבור
והמעשה ההוא ,ואלו המדות העליונות שנקראים אב ,הם הנקראים שלשה ראשונות.
-יא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
דו זאלסט שטענדיג זען צו משקיע זיין בעיקר אין 'דיינע' עניינים ,וואס דאס איז די
נשמה'דיגע עניינים -צו באארבעטן די נשמה ,און צו פאררעכטן איר שורש אין הימל,
דורך תורה ומצוות ,ווייל נאר דאס איז דיינס ,נאר דאס וועט בלייבן פאר דיר אויף
אייביג! ווען דו באשעפטיגסט דיך מיט גשמיות'דיגע עניינים פונעם גוף זאלסטו דאס
טון פונקט ווי אן ארבעטער וואס ארבעט אין א פרעמדע פעלד ,וואס ער טוט דאס
נאר ווען ער 'מוז' ,און ער פרובירט פטור צו ווערן דערפון ווי שנעלער.
ווילאנג דו לעבסט אויף דער וועלט ,זאלסטו זען זיך צו באשעפטיגן נאר אין 'דיין'
ארבעט ,וואס דאס איז דיין הייליגע נשמה ,דו זאלסט איר מאכן וואקסן ,און דו
זאלסט איינפלאנצן אין איר ביימער ,דאס זענען די מצוות און מעשים טובים ,וואס
דורך יעדע מצוה וואס א מענטש טוט ,וואקסט ארויס דערפון א וואונדערליכער
תענוג ,אין דעם שורש פון זיין נשמה אויבן אין גן עדן ,און זיין נשמה וועט געניסן
דערפון מיט אן אויסטערלישע הנאה ,פונקט ווי גאר געשמאקע ,גוטע און זאפטיגע
פירות פון א בוים .דאס איז געווען דער עיקר ציל ,פארוואס דו ביסט באשאפן
געווארן ,אז דו זאלסט דיך אנגרייטן די אלע תענוגים פאר דיין נשמה ,כדי צו ברענגען
א נחת רוח פארן באשעפער ,ווען ער וועט דיר באגיסן מיט די זיסע ,ליכטיגע
ענדלאזע תעניגם פון עולם הבא ,וואס קיין שום תענוגים פון עולם הזה ,קענען זיך
נישט פארגלייכן צו זייג.
ג באר מים חיים (ד"ה או יאמר הכתוב ויאמר) :ואחר הדברים האלה תבין ממילא ביאור דברי הכתוב
כאן ,ויאמר ה' אל אברם לֶ ך לְ ך ,כלומר שהליכתך במצות ה' תהיה לך פירוש שלך יהיה,
שתדע אשר אין לך בעולם כי אם זה עסקי התורה והמצוות ועל כן תעשינה כאדם העושה
בשלו באמת ובזריזות ובתמימות ובאהבה וחשק נפלא ,ותמיד תראה העיקר לעסוק בעבודה
שלך הוא עבודת הנשמה לעבדה ולשמרה ולתקן שורשה בשמי מעלה כי רק זה שלך הוא,
-יב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-ד-
דורך 'זריזות' קען מען אין איין רגע ווערן איבערגעדרייט פון א רשע צו א צדיק!
איבער דעם ענין פון אריינלייגן אלע כוחות ,חשק אין עבודת ה' ,און דינען דעם
אויבערשטן מיט א זריזות און א פלייס ,געפינען מיר א וואונדערליכע געדאנק ,וואס
רבי ירוחם ליוואוויץ זצ"ל (משגיח ד'מיר) האט ארויסגעברענגט:
די גמרא דערציילט (עבודה זרה יז ,).אז ס'איז געווען גאר א זינדיגער מענטש ,אלעזר בן
דורדיא ,וואס האט עובר געווען אויף די הארבסטע עבירות ,איינמאל האט ער געהאט
א התעוררות צו תשובה ,און ער האט זיך גענומען וויינען און וויינען מיט א
צעבראכנקייט אויף זיין מצב ,ביז זיין נשמה איז ארויסגעגאנגען .דאן איז ארויסגעקומען
א בת קול ,אז רבי אלעזר בן דורדיא וועט גיין אין גן עדן .ווען רבי האט דאס געהערט,
האט ער זיך צואוויינט ,זאגנדיג" :ס'איז דא איינער וואס ארבעט יארן לאנג ,כדי צו
דערגרייכן צו עולם הבא ,און ס'איז דא איינער וואס קויפט זיך איין זיין גאנצע עולם
הבא אין איין שעה".
וכן עניני גופך לא יהיה רק כסריס העובד בשל אחרים שעושהו רק בעת הכרח הגדול ומקצר
בה כאשר יוכל ,וכל ימיך אשר אתה חי על האדמה תראה לעסוק בשלך ,הוא שורש נשמתך
הקדושה להצמיחה ולנטוע בה כל עץ המה המצוות ומעשים טובים אשר בעשות האדם
מצוה ממצוות התורה ,נצמח מזה תענוג נפלא במקום שורשו בארץ החיים גן עדן העליון
אשר שם תתעדן נשמתו בעונג עצום כדמיון תענוג פרי אילן הנחמדים הנפלאים וטובים
למאוד ,וזה היה עיקר בריאתך לעולם הזה שתכין לך כל אלה כדי להיות נחת רוח לפני מי
שאמר והיה העולם כאשר יפיץ עליך ענן אורו שם ובאברתו יסך לך לענגך מנופת צוף תענוגי
עולם הבא אשר אין לה ערך ודמיון כלל בתענוגי עולם הזה.
-יג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
לכאורה דארף מען פארשטיין ,וואס איז די גרויסע געוויין פון רבי? לכאורה וואס
איז דער גרויסער חילוק צי מען קויפט איין עולם הבא אין איין שעה אדער אין
אסאך יארן ,צום סוף האבן דאך ביידע די זעלבע עולם הבא?
נאר דא ליגט א טיפע נקודה :פאר א מענטש זעט אויס ,אז כדי צו קענען דערגרייכן
צו גרויסע מדריגות ,און זיך איינקויפן שלימות ,פאדערט זיך א לאנגע צייט ,ער קען
נישט אין איין מינוט זיך ארויסדערזען פון זיינע תאוות און ווערן הייליג ,ס'איז נישט
מעגליך זיך אריינצולייגן אין עבודת ה' נאר מיט יגיעה פון יארן .אבער דא האט זיך
ארויסגעוויזן א וואונדערליכער ענין ,א מענטש וואס איז געווען פארזינקען אין די
ערגסטע סארט שמוץ און טומאות ,האט באוויזן אין 'איין שעה' צו ווערן א בן
עולם הבא! דאס ווייזט ,אז מיטן כח פון זריזות ,ווען א מענטש באשליסט זיך
אפצורייסן מיט א פלינקייט פון די סטרא אחרא ,דאן איז ער מבטל אלע כוחות
הטומאה ,און דאן קען ער אין איין רגע ארויסגיין פון זיין גאנצע שלעכטס ,און זוכה
זיין צו די גרעסטע שלימות .דעריבער האט רבי געוויינט ,זעענדיג צו וואספארא
משונה'דיגער שלימות א מענטש קען זוכה זיין ,דורכן ארויסטאנצן מיט מסירות
נפש פון די קליפותד.
ד דעת תורה (פר' עקב ,מאמרים ,סוד הזריזות) :ועוד זאת לא מובן בכלל בכיתו של רבי
על זה בכה רבי ואמר יש קונה עולמו בכמה שנים ויש קונה עולמו בשעה אחת
היינו שתבע את עצמו על שלא הגיע לאותה המדרגה לקנות עולמו בשעה אחת
ולכאורה מהו ההבדל הלא שלימות הרי קנה בין כך ובין כך ומאי נ"מ אם מגיעים
לזה בשעה אחת או בכמה שעות הלא שתיהן הנן לכאורה אותה השלימות עצמן
אם זה שלימות הבאה בשעה אחת או בשתי שעות אלא רק שהשלימות האחת
-יד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
באה לו בהמשך זמן יותר ארוך מהשלימות השניה ומה כ"כ גדולה הבכיה לל זה
ואמנם כי יסוד גדול לנו בזה בעיקר סוד השלמות וזריזות אשר בהן מורגלים אנחנו
לחשוב על ענין של שלימות שזה דבר הצריך ודאי שיהוי והמשך זמן כי שלמות
הרי זאת אומרת לבנות את האדם לבנות את עצמו מתחילתו עד השלמתו וכל
בנין האם ברגע תעשהו להקמת בנין חומרי הלא ודאי מוכרח הוא להמשך זמן
בנין להקמתו אתה צריך לזה להניח לבנה על גבי לבנה קורה על גבי קורה כל
פרט ופרט להתאימם יחד ולחזקם היטב וכדומה וכדומה דברים ותנאים רבים
הנצרכים להשלמת הבנין אשר לכל זה פשוט הוא כי הנך מוכרח להמשך זמן
ודאי לא ברגע תעשהו וכמעשה בנין כן מורגלים לחשוב בבנית קומתו של האדם
אשר להשלמתו הנך מוכרח ג"כ להמשך זמן מאשר כן הוא דרך הטבע של בנאות
אבל לאחר ההתבוננות הננו מבינים כי גישה כזאת נוטה יותר למחשבת אפיקורסות
כי אותה השאלה גופא אם נשאלה לאדם על ענין תקון כללות הבריאה אם אפשר
הוא להיות משתלמת ברגע אחד הנה במושכל ראשון הלא תיכף יחשוב בשלילות
כי תקון הבריאה הלא זה ודאי בנאות גדולה מאוד ולבנות בנין גדול כזה איך זה
יהיה אפשר להשלימו בקוצר זמן ועכ"ז הרי שם בתקון כללות הבריאה כל אחד
מבין ודאי ופשוט כי זה אפיקורסות ממש להגיד כי מוכרחים להמשך זמן
להשתלמותה של הבריאה והאמת אמנם הוא בתכלית ההיפך שלימות הבריאה וכן
שלימות האדם יכול ויהיה ממש ברגע אחד וכן בתפלת עלינו לשבח אנו אומרים
וידעת היום והשבות אל לבבך כי ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ
מתחת אין עוד ועל כן נקוה לך ה"א לראות מ ה ר ה בתפארת עוזך וכו" הקווי
למהרה הנה זה פועל יוצא מן הידיעה והאמונה כי אין עוד כי בההנהגה של אין
עוד אין אפשרות לעכובים בההנהגה של אין עוד מלבדו הרי ודאי לא שייך כל
מציאות של עכובים בעולם עכובים הלא הם כמכחישים את האין עוד מלבדו ואם
אין עוד מלבדו אם אין עכובים למה לא יהיו קונים שלמות ברגע אחד מה זה
יעכב.
-טו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-ה-
די גרעסטע נחת רוח פארן אויבערשטן איז פון דיינע 'רצונות'!
ֹּאמר ה’ ֶאל ַא ְב ָרם לֶ ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך ו ִממוֹּ ַל ְד ְת ָך וַ י ֶ
יך ֶאל ָה ָא ֶרץ ֲא ֶשר ַא ְר ֶא ָך (יב א) ו ִמ ֵבית ָא ִב ָ
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו :גיי אוועק פון דיין לאנד ,און פון
דיין געבורט-ארט ,און פון דיין טאטנ'ס הויז ,צו די לאנד וואס איך וועל דיר ווייזן
דער הייליגער שפת אמת זי"ע ערקלערט ,אז דער טעם פארוואס דער
אויבערשטער האט אים נישט גלייך געזאגט צו וועלכע לאנד צו גיין איז ,ווייל דער
אויבערשטער האט א גרעסערע נחת רוח ווען א איד בענקט און גלוסט זיך צו
דערנענטערן צו אים ,און צו פארשטיין די תורה – מער ווי ווען אז ער קען שוין די
תורה ,א ראיה דערצו ,ווייל מען זעט דאך אז אט דער רצון האט אזא כח ,אים צו
ברענגען ,אז ער זאל קענען משיג זיין די תורה ,זעט מען אז דאס איז חשוב'ער
פארן אויבערשטן.
דער סדר פון א איד איז ,אז דורכדעם וואס ער בענקט און גלוסט צו משיג זיין
וואס דער אויבערשטער וויל ,און אים צו פאלגן ,דורכדעם איז ער זוכה טאקע צו
משיג זיין דעם רצון ה' ,און דערנאך דארף ער ארייננעמען אט די השגה טיף אין
זיין הארץ ,וואס דאס וועט אים ברענגען ,אז זיין הארץ זאל בענקען צו משיג זיין
נאך מער ,און דורכדעם וועט ער טאקע משיג זיין מער ,און אזוי ווייטער .דאס
מיינט ,אז א מענטש קען זיך קיינמאל נישט אפרוען ,א צדיק רוהט נאר אויף יענע
-טז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
וועלט ,אויף דער וועלט דארף מען זיך אלס מוטשען ארויפצוגיין העכער און
העכער .דאס איז דער רצון ה' ,אז אויף דער וועלט זאל זיך א מענטש אלעמאל
דארפן מוטשען און קיינמאל נישט האבן קיין מנוחה.
דעריבער האט דער אויבערשטער געזאגט פאר אברהם אבינו "אשר אראך" ,אז
ער זאל וויסן ,אז ער וועט קיינמאל נישט משיג זיין דעם רצון ה' בשלימות אויף
דער וועלט ,נאר אגאנץ לעבן וועט ער דארפן בענקען און גלוסטן ארויפצוגיין צו
העכערע מדריגותה.
ה שפת אמת (תרל"ד) :במדרש (ב"ר לט א) שמעי בת (תהלים מה יא) כו' בירה דולקת
כו' דקשה הפסוק שמעי כו' ואחר כך הטי אזנך אך דכתיב (יב א) אל הארץ אשר
אראך ולמה לא הראהו מיד (ב"ר לט ט; רש"י יב ב) .והענין כי יותר נייחא להשי"ת
מהרצון והתשוקה שיש לכל איש ישראל להתקרב אליו ולהשיג דברי תורתו מאחר
ידיעתו כי הרי זה הרצון מזכהו להתקרב ולהשיג ומוכח שזה יותר חשוב לפניו
ב"ה .וסדר איש ישראל על ידי שמשתוקק להשיג ולשמוע בקולו יתברך זוכה
לשמוע ואחר כך צריך להכניס ההשגה בעומק הלב שתביאהו לתת לב יותר בעומק
להיות תשוקתו יותר לשמוע ויזכה לשמוע יותר וכן תמיד ואין נייחא כי אדם
לעמל יולד (איוב ה ז) ומנוחה לצדיק בעולם הבא ובעולם הזה רק היגיעה ממדריגה
למדריגה .וזהו שאמרו בירה דולקת והיה חידוש בעיני אברהם כי כל דבר צריך
להיות במקום מנוחתו ושרשו והשיבו השי"ת כי כן רצונו יתברך שבעולם הזה
יהיה רק יגיעה ולא מנוחה וזה אשר אראך כי ידע שלא ישיג בשלימות בעולם
הזה רק להיות משתוקק תמיד כל ימי חייו וזה שמעי כו' והטי אזנך כו'.
-יז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-ו-
מתפלל זיין ,אז מיר זאלן קענען זען די חסדים מיט די אויגן
ֹּאמר ה’ ֶאל ַא ְב ָרם לֶ ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך ו ִממוֹּ ַל ְד ְת ָך וַ י ֶ
יך ֶאל ָה ָא ֶרץ ֲא ֶשר ַא ְר ֶא ָך (יב ,א) ו ִמ ֵבית ָא ִב ָ
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו :גיי אוועק פון דיין לאנד ,און פון
דיין געבורט-ארט ,און פון דיין טאטנ'ס הויז ,צו די לאנד וואס איך וועל דיר ווייזן
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע פרעגט ,אז לכאורה דארף מען פארשטיין ,דער
אויבערשטער האט דאך אים נישט געזאגט צו וועלכע לאנד צו גיין (זע רש"י) ,אויב
אזוי פארוואס האט בכלל אויסגעפעלט צו זאגן די ווערטער "אל הארץ אשר אראך"?
אברהם האט דאך ממילא נישט געוואוסט וועלכע לאנד דאס איז?!
מען קען דאס ערקלערן לויט ווי מיין הייליגער זיידע דער ייטב לב זי"ע ברענגט בשם
זיין הייליגן טאטן (רבי אלעזר ניסן פון דראביטש זי"ע) ,אן ערקלערונג אויף דעם וואס מיר
זאגן (בתפלת שב"ק) ’שבעינו מטובך’ ,אז דער אמת איז ,אז אלעס וואס דער
אויבערשטער טוט פאר א מענטש איז בלויזע גוטס ,אלעס איז לויטער חסדים ,אפילו
אויב פאר אונזערע פליישיגע אויגן זעט דאס אויס ווי שלעכטס חס ושלום איז אבער
באהאלטן דערין חסדים .מיר בעטן אבער פון השי"ת ,אז ער זאל אונז ווייזן זיינע
חסדים אפענערהייט ,אז מיר זאלן אויך קענען זען מיט די אויגן זיין רחמנות און חסדים,
דעריבער זענען מיר מתפלל' :שבעינו מטובך' – מאך אונז זאט פון דיין גוטס ,ווייל
חז"ל זאגן (יומא עד ,):אז א בלינדער ווערט נישט זאט ,קומט אויס ,אז אויב מיר זעען
נישט די חסדים מיט אונזערע אויגן קענען מיר נישט זאט ווערן ,דעריבער זענען
-יח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
מתפלל ,אז מיר זאלן נישט זיין בלינד ,נאר מיר זאלן זוכה זיין צו זען די חסדים מיט
אונזערע אויגן ,וואס דאן וועלן מיר זיך קענען אנזעטיגן פון זיינע חסדים.
מיר געפינען ,אז אלע אבות הקדושים האבן געהאט א פאר'צרה'טע לעבן ,פול מיט
יסורים און רדיפות ,אזויווי יעקב אבינו האט געזאגט (בראשית מז ,ט)" :מעט ורעים היו
ימי חיי" [מיינע לעבנס-טעג זענען געווען ווייניג און שלעכט] .דאס מיינט ,אז ביי זיי
איז די מידת החסד געווען באהאלטן.
דעריבער ,ווען דער אויבערשטער האט באפוילן פאר אברהם ,אז ער זאל גיין קיין ארץ
ישראל ,און ער האט אים צוגעזאגט ,אז דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו ווערן
געבענטשט מיט א שפע פון געלט (ווי דער פסוק זאגט "ואברכך") ,קומט אויס ,אז דורך
די ברכה ,וועט אברהם אבינו זוכה זיין ,אז עס וועט נתגלה ווערן די גרויסקייט פון די
צדיקים ,און די חסדים פון השי"ת ,און אלע וועלן דאס קענען זען מיט די אויגן,
אנדערש ווי פארדעם וואס דאן איז אלעס געווען באהאלטן פון אלעמען .דעריבער
האט אים דער אויבערשטער געזאגט" :אשר אראך" ,די כוונה איז ,אז דורך די ברכה
וועט 'באוויזן ווערן' און פארעפנטליך ווערן פאר אלעמען ,די געוואלדיגע חסדים וואס
דער אויבערשטער טוט מיט ערליכע אידן ,ווייל דו וועסט זוכה זיין צו די אלע ברכות
און השפעותו.
ו דברי יואל (עמ' רי)( :מכתי"ק) ויאמר ד' אל אברם לך לך וגו' אשר אראך ,פרש"י ז"ל
לא גילה לו הארץ מיד כדי לחבבה בעיניו ולתת לו שכר על כל דבור ודבור וכו',
ולכאורה עדיין צ"ב דכיון שלא גילה לו כלל להיכן ילך ,ולא ידע ממאמר זה כ"א שילך
מארצו ולא יותר ,א"כ מה שאמר לו ית' אל הארץ אשר אראך מיותר לגמרי ,כיון שלא
ידע מזה מאומה ,ומה הודיעו ית' בזה ,ואולי אפשר לרמז בזה עפ"י מה שאמרתי לפרש
הכתוב בן פורת יוסף בן פורת עלי עין ,ובתרגום ברי דיסגי יוסף ,כי הנה האבות
-יט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
הקדושים היו רוב ימיהם בצער ורדיפות ,ויעקב אבינו ע"ה אמר מעט ורעים היו ימי חיי
וגו' ובמדרש דרשי ז"ל עליו לא שלותי ולא שקטתי ולא נחתי וגו' יעיי"ש ,וכל מה
שאירע ליעקב אירע ליוסף כפרש"י ז"ל ,אמנם יוסף הצדיק אחר רוב צרותיו נתעלה
בעילוי רב ,ויוסף הי' השליט והמשביר לכל עם הארץ ,אשר לא נראה גדולה כזו בעוה"ז
אצל שארי האבות הקדושים זי"ע ,והנה ק"ז הייטב לב זלל"ה הביא בשם אביו הקדוש
זלל"ה לפרש מאמרינו בתפלה שבעינו מטובך ,כי באמת כל מה דעביד רחמנא לטב
עביד ,והכל הוא חסדים גדולים מאתו ית"ש ,ואף מה שנראה לעין שהוא תוקף הדינים
ח"ו ,הוא חסדים מכוסים ,אמנם אנחנו מבקשים הראנו ד' חסדך ,ורצוננו לראות מלכנו
רוב רחמיו וחסדיו ית"ש ,ולזה בקשתנו שבענו מטובך ,כי סומא אינו שבע ,ואך כשיהי'
חסדים מגולים נוכל לשבוע מטובו ית' עכ"ד הקדושים זללה"ה .והנה יוסף הצדיק ע"י
שנתעלה בעילוי רב כ"כ ,הי' נראה לעין כל גדולת הצדיקים עובדי השי"ת ,ונתגלו על
ידו רחמיו וחסדיו ית"ש למראית העין ,יותר ממה שנתגלה אצל שאר אבות הקדושים
זלל"ה ,יען שהם לא נתעלו בעילוי רב כ"כ בעוה"ז ,וזה שאמר בן פורת יוסף ברי דיסגי
יוסף לשון רבוי ,ר"ל שאצלו הי' מידה טובה מרובה מאצל שאר האבות ,במה שהי' בן
פורת עלי עין ,ר"ל במה שנתרבה ונתגדל כ"כ למראית העין ,ונתקיים בו בחי' הראנו
ד' חסדך ,ויש לפרש בזה גם מאמה"כ ולשרה אמר הנה נתתי אלף כסף לאחיך הנה
הוא לך כסות עינים כי אצל אאע"ה מה שניתן לו אלף כסף אין זה שום חשיבות
אצלו ,שלא הי' לו מתאות ממון כלל ,ויפה אצלו שעה אחת בתשובה ומע"ט מכל חיי
העוה"ז ,אבל נצרך אליו למראית העין להראות חסדיו ית"ש לעיני העולם ,ולזה אמר
נתתי אלף כסף לאחיך ואף שבעצם אין זה חשיבות אצלו ,אבל הנה הוא כסות עינים
עכ"פ והבן .והנה בכאן בהליכה זו שהלך לא"י ,שהבטיחו ית' שע"י הליכה זו יתברך
בממון כמ"ש ואברכך בממון ואגדלה שמך והי' ברכה ,הנה ע"י ברכה זו זכה שנתגלו
חסדיו ית"ש וגדולת הצדיקים אף למראית העין ,לא כמו שהי' טרם ברכה זו הכל
באתכסיא מעין כל ,וז"ש לו לך לך וגו' אל הארץ אשר "אראך" ,ר"ל שיהי' נראה ונגלה
לכל העולם חסדיו ית' עם עושי רצונו ,ע"י שתזכה לכל הברכות האמורות בפ' ,ולא
כמו שהיו ע"ע באיתכסייא והבן.
-כ-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-ז-
דיין נשמה וויל צוריקגיין צו איר שורש!
ֹּאמר ה’ ֶאל ַא ְב ָרם לֶ ְך ְל ָך ֵמ ַא ְר ְצ ָך ו ִממוֹּ ַל ְד ְת ָך וַ י ֶ
יך ֶאל ָה ָא ֶרץ ֲא ֶשר ַא ְר ֶא ָך (יב ,א) ו ִמ ֵבית ָא ִב ָ
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו :גיי אוועק פון דיין לאנד ,און פון
דיין געבורט-ארט ,און פון דיין טאטנ'ס הויז ,צו די לאנד וואס איך וועל דיר ווייזן
דער הייליגער בית אהרן זי"ע טייטשט" :לֶ ְך ְל ָך" – גיי צו דיר ,דאס מיינט ,גיי צוריק
"מ ַא ְר ְצ ָך ו ִממוֹּ ַל ְד ְת ָך" – דאס איז
צו דעם פלאץ פון וואו דיין הייליגע נשמה קומטֵ ,
מרמז אויף גאר הויכע ערטער אין הימל וואס דארט איז דער שורש פון די נשמה,
"ו ִמ ֵבית ָא ִב ָ
יך" – און דיין נשמה קומט פונעם אויבערשטן ,ווייל זי איז א 'חלק אלקי
ממעל' .א מענטש דארף זען יעדן טאג ,אז זיין נשמה זאל צוריקגיין צו איר שורש .און
מען דארף יעדן טאג מתקן זיין אלע זיבן מידות.
יעדע נאכט ווען די נשמה קומט ארויף אויבן ,אויב טראגט זי מיט זיך הונדערט ברכות,
אז דער מענטש האט געמאכט אין דעם טאג 'מאה ברכות' ,דאן באקומט ער צוריק
פון אויבן – א שפע פון הונדערט געטליכע ברכות און השפעות.
א מענטש דארף זיך מאכן א חשבון ,יעדן טאג ,יעדע שעה ,און יעדע מינוט ,אז די
מינוט און דער טאג וועט מער קיינמאל נישט זיין ,דאס איז א באזונדערע צייט פאר
זיך ,וואס האט נישט קיין שייכות צו פריער און שפעטער ,דעריבער דארף ער זען צו
"אל ָה ָא ֶרץ ֲא ֶשר ַא ְר ֶא ָך" –
פאררעכטן 'די' צייט ,ווי ס'דארף צו זיין .און דאן וועט זיין ֶ
אז דו וועסט זיך קענען באווייזן פארן 'ארץ' ,וואס דאס איז מרמז אויף די שכינה ,און
-כא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
ווען מיר וועלן זיך באווייזן פאר איר ווי ס'דארף צו זיין ,וועלן מיר קענען באקומען
אלעס גוטס ,אזויווי דער פסוק פירט אויס אלע ברכות מיט וואס אברהם איז
געבענטשט געווארן.
א מענטש מוז זען ביי אלע מעשים וואס ער טוט ,אז זיי זאלן קענען ארויפגיין אויבן,
און ער זאל זיך נישט דארפן שעמען מיט זיי חס ושלום .מען דארף אכטונג געבן ,אז
זיין תורה און תפילה זאלן נישט זיין אויסגעמישט מיט פניות און נארישע מחשבות
חלילה ,ווייל דאס שטערט ,אז די תפילה זאל נישט קענען ארויפגיין חס ושלום .טראץ
וואס ער דאוונט בציבור ,וואס דאן ווערט זיין תפילה זיכער אנגענומען ,ווי חז"ל זאגן
(ברכות ח ,).אבער פארט דארף יעדער מענטש זען ,אז פון זיין זייט זאל נישט זיין קיין
אפהאלט אז די תפילה זאל נישט קענען ארויפגיין אויבן.
א מענטש טאר זיך נישט אפשטעלן קיין סעקונדע ,און קיינמאל נישט רוען ,נאר ער
דארף אגאנצן טאג עוסק זיין אין תורה און מצוות ,און אפילו אויב דערגרייכט ער צו
א געוויסע מדריגה ,זאל ער זיך נישט אפשטעלן דארט ,נאר ער זאל ווייטער ארויפגיין
העכ ער און העכער ,און אלעס מיטן ציל ,זיך צו מדבק זיין אויבן ,כאטש וואס ס'איז
דאך נישטא קיין סוף וויפיל מען קען זיך באהעפטן אין אויבערשטן ,און אים משיג זיין,
און ס'איז נישט שייך צו זאגן ,אז א מענטש איז באהאפטן אויבן בשלימות ,פארט איז
אבער יעדער מחוייב ,צו טון וויפיל ער קען לויט זיינע כוחות און זיין מוח ,און דער
אויבערשטער וועט אים זיכער העלפן צו משיג זיין מער און מער די ליכטיגקייט פונעם
אויבערשטןז.
זבית אהרן :עוד נוכל לומר לך לך .מהיכן נלקחת .מארצך היינו ממקום עליון .כמ"ש י"י
בחכמה יסד ארץ כו' .וממולדתך ג"כ כך .ומבית אביך .כי נשמתו חלק אלוק ממעל .וצריך
-כב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-ח-
דער אויבערשטער באגיסט אונז מיט חסדים פיל מער וויפיל ס'קומט זיך אונז!
ֶו ְהיֵ ה ְב ָר ָכה (יב ,ב)
[דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם ]:און דו וועסט זיין א ברכה
רש"י איז מסביר ,אז דאס איז מרמז ,אז "בך חותמין" -מען וועט ענדיגן [די ערשטע
ברכה פון שמונה עשרה] מיט אברהם [-אז מען זאגט 'מגן אברהם'].
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע ערקלערט :אברהם אבינו איז מרמז אויף די מידה
פון 'חסד' ,און מיט אט די מידה פון אברהם – חסד ,האט דער אויבערשטער באשאפן
לראות בכל יום שתלך נשמתו למקומה .כמו שאנו אומרים בידך אפקיד רוחי בתיקון כל שבע
המדות כנגד שבע ברכות שנתברך אברהם בפרשה זו ואעשך וכו' .וכשנשמתו עולה כראוי
טעון מאה ברכות כמ"ש גי' ל"ך ל"ך .אזי הוא מקבל בחזרה ג"כ מאה ברכות .וזהו החשבון
צריך להיות לכל אדם בכל יום ובכל עת ובכל שעה ורגע .כי זה העת והרגע והיום לא יהיו
עוד .והוא עת בפני עצמו .ע"כ צריך האדם לתקן כל עת בפני עצמו כראוי .ואז אל הארץ
אשר אראך .היינו כדי שתוכל להתראות לפני ארץ העליונה כראוי כנ"ל וכשנתראה לפני ארץ
עליונה כראוי נוכל לקבל כל טוב .היינו כמ"ש להלן בפרשה .ואעשך לגוי גדול ואברכך
ואגדלה שמך והי' ברכה ...הכלל שצריך כל אדם לראות בכל מעשיו לעלות למעלה ולא
יבוש ולא יכלם ח"ו .ולא יהיו תורתו ותפלתו מעורבות בפניות ושטותים ח"ו .שהמה הבל
ומעכב מלעלות תפלתו ח"ו .והגם שכשמתפלל בצבור הן אל כביר לא ימאס .עכ"ז צריך
האדם לראות שלא יהיה ח"ו שום מניעה מצדו מלעלות תפלתו למעלה וזהו לך ל"ך .כללו
של דבר שלא יתן האדם מרגוע לנפשו רק יעסוק תמיד בתורה ובמצות כל היום .וכשיבא
לאיזו מדריגה אל יעמוד בה רק ילך ממדריגה למדריגה וידבק א"ע למעלה .כי באמת אין
שיעור ואין ערך להשגת חיות הבורא ב"ה .אך עכ"ז החיוב הוא על האדם לעשות כפי כחו
ומוחו .ובודאי יעזור לו השי"ת להשיג בכל עת יותר אורו של הקב"ה וזהו לך לך.
-כג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
די וועלט (זע בראשית רבה יב ,ט) ,און מיט די זעלבע מידה פון חסד פירט דער
אויבערשטער ווייטער די גאנצע וועלט עד סוף כל הדורות ,ביז ביאת המשיח ,און
אפילו משיח אליין וועט אויך געניסן פון די מידת החסד ,כאטש וואס ער ליידט
געפערליכע יסורים ,און אויב אזוי קומט זיך אים גאר א גרויסע שכר ,מיט דעם אלעם
וועט דער אויבערשטער אים באגיסן מיט אזויפיל חסדים פיל מער וויפיל ס'קומט זיך
אים ,קומט אויס ,אז ער וועט אויך דארפן צוקומען צו די מידת החסד.
דער אויבערשטער איז משפיע אזעלכע חסדים ,פיל מער וויפיל דער מענטש האט
געטון ,ער געבט חסדים אפילו פאר מענטשן וואס האבן נישט געמאכט קיין שום
'אתערותא דלתתא'.
דאס איז די כוונה פון רש"י’ :בך חותמין’ ,אז פונקט ווי אין אנהויב פון די בריאה האט
דער אויבערשטער באשאפן די וועלט מיט די מידה פון חסד ,פונקט אזוי וועט ער
אויך ענדיגן סוף פונעם גלות מיט די מידה פון חסד ,און דורך די מידה פון חסד וועלן
מיר ווערן אויסגעלייזט בקרובח.
ח תפארת שלמה :והיה ברכה .פרש"י בך חותמין כו' .הנ"ל דהנה מצינו מקרא נדרש לפניו
ולאחריו זה א"א .שכל הדורות שלפניו ולאחריו כולם יקראו בשמו ובזכותו והוא המקרא
כמ"ש ויקרא שם אברם בשם ה' .והנה תחלת הבריאה היה באברה"ם בהברא"ם וכל הדורות
שלפניו לא קיימו רק כדי שיצא א"א מהם .וכן הדורות שלאחריו אומרים שהוא אלהינו אלהי
אברהם .וזהו מדתו של א"א בחי' החסד דאזיל עם כולהו יומין ר"ל עד סוף כל דרגין עד ביאת
הגואל כי כמו שתחלת הבריאה היה בחסד כמ"ש עולם חסד יבנה.כן לעתיד כתיב מגדול
ישועות מלכו ועושה חסד למשיחו לדוד אף אמנם שהוא סובל ומדוכא ביסורין מני אז והלאה
ומהראוי ששכרו הרב' מאד אך כי יגדלו החסדי' אשר גם לו לחסד יחשבו שלא עפ"י דין לבד.
והוא שכתוב לעושה נפלאו' גדולות לבדו כי לעולם חסדו .ר"ל הש"י עושה הנפלאות
והחסדים לבדו שלא בהתעוררת שלמטה לכך הם יותר מצד ההדרגה כמו שהי' ביצי"מ
-כד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-ט-
וואס געבט מיר די כוחות צו קענען בייקומען אלע מיינע מלחמות?
וְ ַא ְב ָרם ֶבן ָח ֵמש ָשנִ ים ְו ִש ְב ִעים ָשנָ ה ְב ֵצאתוֹּ ֵמ ָח ָרן (יב ,ד)
און אברם איז געווען פינף און זיבעציג יאר אלט ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון חרן
דער הייליגער בת עין זי"ע איז מבאר דעם פסוק בדרך רמז :אז באמת ,ווען השי"ת
האט געהייסן פאר אברהם אבינו 'לך לך מארצך וממולדך ומבית אביך' ,איז דאס
געפאלן שווער פאר אברהם אבינו ,ווייל עס איז בכלל נישט קיין לייכטע זאך פאר א
מענטש ,זיך פלוצלונג אויפצוהייבן און איבערלאזן זיין טאטנ'ס שטוב און זיין גאנצע
משפחה און אלע גוטע פריינט ,און ווער רעדט נאך צו פארלאזן גענצליך זיין געבורט-
פלאץ וואס ער איז שוין צוגעוואוינט דערצו זיין גאנצע לעבן .ובפרט אז השי"ת האט
אים אפילו נישט געזאגט צו וועלכע לאנד ער זאל גיין ,נאר ’אל הארץ אשר אראך’,
אז ער וועט אים שוין ווייזן שפעטער וואו צו גיין ,וואס דאס איז זיכער א שווערע זאך
פאר א מענטש ,זיך ארויסצולאזן אין וועג מיט זיין גאנצע האב און גוטס ,נישט
וואוסנדיג בכלל צו וועלכע לאנד ער וועט צום סוף אנקומען.
נאר עס איז דא א גוטע עצה ,וואס דורכדעם קען א מענטש זוכה זיין שטענדיג צו
מקיים זיין דעם רצון ה' ,אפילו ביי א זאך וואס קומט אים אן זייער שווער .די עצה איז,
כמבואר במקובלים וזהו כי לעולם חסדו כי ברצונו הטוב שיתפשטו החסדים הגדולים לעולם.
והנה כמו ביצי"מ כן לעתיד יגדל חסדו עם העולם וכמו שהיה התחלת העולם בבחי' החסד
באברהם כן יהי' באחרית הימים .וז"פ בך חותמין לעתיד אך בחסד וברחמים גדולים אקבצך.
אמן.
-כה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
אז דער מענטש זאל זיך שטארקן מיט 'אמונה' און 'בטחון' אין השי"ת ,און עס זאל זיין
קלאר ביי אים אז ’כל מה דעביד רחמנא לטב עביד’ (אלעס וואס השי"ת טוט איז זיכער
צום גוטן) ,און ממילא קומט דאך אויס ,א יעדע זאך וואס השי"ת הייסט אים טון ,זאל
זיין אפילו די שווערסטע זאך ,איז זיכער נאר לטובתו ,ווייל אויב נישט וואלט דאך
השי"ת קיינמאל נישט געהייסן דאס טון .און ווען די דאזיגע געדאנק וועט זיין קלאר
און שטארק ביי א מענטש אין הארצן ,וועט ער האבן די כוחות שטענדיג צו טון דעם
רצון ה' ,ווייל ער ווייסט אז מיט דעם טוט ער פאר זיך די גרעסטע טובה וואס קען
נאר זיין.
אט דאס איז טאקע געווען דער וועג וויאזוי אברהם אבינו האט זיך געשטארקט צו
ביישטיין די נסיון פון 'לך לך מארצך' ,וואס כאטש עס איז באמת געווען גאר א
שווערע זאך פאר אים ,דאך איז די אמונה און בטחון אין השי"ת איז געווען ביי אים
אזוי קלאר ,און ער איז געווען זיכער ביי זיך אז דאס איז פאר אים די בעסטע זאך וואס
קען נאר זיין ,ווייל 'כל מה דעביד רחמנא לטב עביד' ,ממילא איז ער ארויסגעגאנגען
אין וועג מיט די גרעסטע שמחה.
דאס איז אונז דער פסוק מרמז’ :ואברם בן חמש ושבעים שנה בצאתו מחרן’ ,ווייל
דאס ווארט 'בטחון' באטרעפט ( 75חמש ושבעים) ,און די תורה זאגט אונז דא ,אז
אברהם אבינו איז ארויס פון חרן דורכדעם וואס ער האט זיך געשטארקט מיט בטחון
אין השי"ת ,ווייל נאר דורך די מדת הבטחון האט ער געהאט די כח בייצושטיין דעם
שווערן נסיון.
גייענדיג אויף דעם וועג ,קען מען אויך מבאר זיין דער פסוק וואס שטייט שפעטער,
ביי די מלחמה פון אברהם אבינו מיט די פינף קעניגן (יד יד)’ :וירק את חניכיו ילידי
-כו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
ביתו שמונה עשר ושלש מאות’ ,וואס פשוט פשט איז אז אברהם אבינו האט גענומען
318פון זיינע באדינער זאלן אים העלפן מיט די מלחמה ,אבער חז"ל (נדרים לב ).דרש'נן
אז דאס מיינט אז ער האט נאר גענומען צו הילף זיין קנעכט 'אליעזר' ,וואס זיין נאמען
באטרעפט .318און לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין ,וויאזוי איז מעגליך אז
אברהם אבינו אליינס צוזאמען מיט אליעזר זאלן מצליח זיין זיך צו שלאגן קעגן פינף
קעניגן?
נאר לויט ווי מיר האבן פריער געשמועסט ,אז אברהם אבינו איז געווען גאר שטארק
מיט די מדת הבטחון ,קען זיין ,אז דאס וואס חז"ל זאגן אז ער האט גענומען 'אליעזר'
צו הילף ,מיינט נישט אז ער האט גענומען זיין קנעכט אליעזר ,נאר דאס מיינט אז האט
גענומען מיט זיך די 'מדת הבטחון' ,וואס די נאמען 'אליעזר' איז דאך געבויעט אויף
דעם ,אזויווי עס שטייט אין פסוק (שמות יח ד) ’כי אלקי אבי בעזרי’ ,און מיטן כח פון
זיין בטחון אין השי"ת ,וואס ער האט זיך פארזיכערט אין אים אז ער וועט אים בוודאי
העלפן ,איז ער געגאנגען זיך שלאגן מיט די פינף קעניגן ,און השי"ת האט אים טאקע
געהאלפן אז ער זאל זיי קענען בייקומען.
דאס קען מען אויך מרמז זיין אינעם פסוק ’וירק את חניכיו וגו’ שמונה עשר ושלש
מאות’ ,ווייל דער נאמען 'אברם' צוזאמען מיט דעם ווארט 'בטחון' ,באטרעפט 318
(שמונה עשר ושלש מאות) ,און דער פסוק זאגט אונז מיט דעם ,אז 'אברם' האט גענומען
מיט זיך די מדה פון 'בטחון' ,אז דאס זאל אים העלפן אין די מלחמה ,און פון די ביידע
צוזאמען איז געווארן 'שמונה עשר ושלש מאות' ,און טאקע מיט די כח פון בטחון
האט ער מצליח געווען צו בייקומען די פינף קעניגן .און דורך די מדה פון בטחון האט
-כז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
ער אויך מצליח געווען אין אלע אנדערע זאכן זיין גאנצע לעבן ,יהי רצון שנזכה לזה,
ט
אמן!
ט בת עין פ’ לך (ד"ה ואברהם) :ואברהם בן חמש שנים -ושבעים שנה בצאתו מחרן
(בראשית יב ד) .ונוכל לומר בדרך זה ,דהנה כשאמר הקב"ה לאברהם לך לך מארצך
וממולדתך ומבית אביך אל הארץ אשר אראך (בראשית יב א) ,באמת היה קשה לאברהם
דבר זה לילך מבית אביו וממשפחתו ומאנשי שלומו ומארץ מולדתו אשר הורגל בה כל
ימיו ,ובפרט שלא אמר לו בתחילה לאיזה ארץ ילך רק שיראהו אח"כ ,וזה ג"כ קשה
מאוד לאדם לילך ואינו יודע לאיזה מדינה ילך .אך עיקר הבחי' בזה לקיים רצון הבורא
ב"ה אפילו בדבר שקשה לו ,והוא נמשך מבחינת אמונת ד' ובטחון בו ית' ,היינו מחמת
האמונה והבטחון שהיה לאברהם אבינו ע"ה בבורא כל עולמים ית"ש ,שבודאי כל מה
דעביד לטב עביד ,היה זה הדבר מביאו לקיים רצון הבורא ב"ה אפילו בדבר הקשה כזו.
וזהו ואברהם בן חמש שנים ושבעים שנה בצאתו מחרן ,היינו כשיצא מחרן יצא עם
בחינת בטחון בה' ,שבט"חון גימטריא ח"מש ושב"עים ,וזהו ואברהם בן חמש ושבעי"ם
שנה ,היינו שהיה אז בבחינת בט"חון ,וזה גרם לו שיצא מחרן מבית אביו וממשפחתו.
וזהו וירק את חניכיו ילידי ביתו שמנה עשר ושלש מאות (בראשית יד יד) .ואיתא בגמרא
(נדרים לב ).אליעזר הוא דחושבנא הכי הוו ,שלא היה רק הוא ואליעזר .ולכאורה קשה,
שהאיך יתכן שאברהם עמד בעצמו לעשות מלחמה נגד חמשה מלכים נגד דרך הטבע.
אך נוכל לומר שהוא הדבר אשר דבר רברנו מקודם ,שכל העבדות שלו היה בבחינת
בטחון בבורא כל עולמים ב"ה שבוודאי יעזור לו ,וע"ז מרמז בחינת אליעזר כי אלהי
אבי בעזרי (שמות יח ד) ,וזהו וירק את חניכיו וכו' שמנה עשר ושלש מאות ,שתיבת אב"רם
עם תיבת בט"חון גימטריא שי"ח .וזהו וירק את חניכיו ילידי ביתו שמנה עשר ושלש
מאות ,היינו שלקח לשמו אב"רם בט"חון לסייע אותו ,ונעשה מזה שמנה עשר ושלש
מאות .וזה גם כן כוונת הגמרא אליעזר הוא דחושבניה הכי הוו ,היינו אליעזר מרמז
לבחינת בטחון כנ"ל ,היינו שלקח לשמו בחינת בטחון ,וזה היה עוזר לו בכל הענינים,
יהי רצון שנזכה לזה.
-כח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-י-
אפילו דו ביסט זוכה צו מדריגות ,האלט דיך נישט גרויס
ַו ִי ֶבן ָשם ִמזְ ֵב ַח ַלה’ ַה ִנ ְר ֶאה ֵא ָליו (יב ,ז).
און אברהם האט דארט געבויעט א מזבח פארן
אויבערשטן וואס האט זיך באוויזן צו אים
רש"י ערקלערט ,אז דער טעם פארוואס ער האט געבויעט דעם מזבח איז
געווען ,צו לויבן פארן אויבערשטן אויף די צוויי גוטע בשורות וואס ער האט
אים מודיע געווען :די בשורה אז ער גייט האבן קינדער ,און די בשורה אז
זיינע קינדער וועלן ירש'ענען ארץ ישראל.
דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע ערקלערט :אברהם אבינו האט זיך געהאלטן
נידריגער פון יעדן צדיק אויף דער וועלט ,און אפילו ווען דער אויבערשטער
האט אים געגעבן מדריגות ,אדער ער האט גערעדט צו אים ,און באוויזן זיין
כבוד צו אים ,האט ער אלץ אנגעהאנגען אז דאס איז צוליב די חסדים פונעם
אויבערשטן ,אדער צוליב אן אנדערן טעם ,אבער באמת קומט זיך אים דאס
נישט ,וויבאלד ער האט אנערקענט ,אז ער איז גאר נידריג.
דאס איז מרומז אין דעם פסוק" :וַ ִי ֶבן ָשם ִמזְ ֵב ַח"' ,מזבח' איז א לשון פון
שחט'ן ,דעריבער איז דאס מרמז אויף הכנעה ,אז ער האט גע'שחט'ן זיין יצר,
"לַ ה’ ַה ִנ ְר ֶאה ֵאלָ יו" ,און כאטש וואס ער האט זוכה געווען צו אזא הויכע
מדריגה ,אז דער אויבערשטער אליין האט זיך באוויזן צו אים ,מיט דעם אלעם
-כט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
האט ער זיך נישט גרויסגעהאלטן ,נאר ער האט אנגעהאנגען ,אז די סיבה
פארוואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים איז ,וויבאלד דער
אויבערשטער האט געוואלט טון מיט אים חסדים ,אים צו אנזאגן די צוויי
גוטע בשורות ,אבער צוליב זיינע גוטע מעשים קומט זיך אים עס נישט.
אין דעם קומענדיגן פסוק שטייט ,אז ער האט געבויעט א מזבח צווישן 'בית
אל' און 'עי' ,און רש"י ערקלערט ,אז ער האט דאס געבויעט ,וויבאלד ער
האט געזען אז די אידן וועלן דארט נכשל ווערן מיט די עבירה פון עכן,
דעריבער האט ער געבויעט א מזבח צו מתפלל זיין אויף זיי .דאס קען מען
אויך מסביר זיין אויף דעם אופן ,אז וויבאלד ער האט געזען אז זיינע אייניקלעך
וועלן נכשל ווערן ,האט ער דאס אנגעהאנגען ,אז דאס איז צוליב זיין
נידריגקייט ,און מיט דעם האט ער געבויעט א מזבח – ער האט געבויעט זיין
שפלות און הכנעהי.
י זאת זכרון :ויבן שם מזבח לה' הנראה אליו .פי' רש"י ז"ל על בשורות הזרע ועל
בשורות הארץ .י"ל דהנה א"א ע"ה היה שפל בעיניו מן כל צדיק הגם שהקב"ה
נותן לו מדריגה או מדבר עמו ומראה כבודו אליו היה תולה בחסדו או טעם לזה
כיון שהוא מבין שפלותו .וזה י"ל ויבן מזבח לשון הכנעה וזיבוח יצרו הבין לה'
הנראה אליו לאותו מדריגה שהיתה לו שנראה אליו פירש"י ז"ל על בשורות הזרע
כו' פי' שרצה להגדיל חסדו לבשרו הבשורות ,ע"כ נראה אליו ,לא שהשיג במעשיו
שיתראה אליו ה' ית' .וכן בין בית אל ובין העי ויבן מזבח י"ל כן שראה הקלקול
שם תלה בשפלותו הכין מזבח והכנעה להשי"ת.
-ל-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-יא -
מען דארף מתפלל זיין אז סיי די ארעמקייט און סיי די
עשירות זאלן נישט אוועקנעמען פונעם אויבערשטן!
ַו ִי ֶבן ָשם ִמזְ ֵב ַח ַלה’ ַו ִי ְק ָרא ְב ֵשם ה’ (יב ח).
און אברהם האט דארט געבויעט א מזבח פארן אויבערשטן,
און ער האט גערופן [מתפלל געווען] צום אויבערשטן
הרה"ק מאיזביצא זי"ע האט געזאגט :די ערשטע נסיון פון אברהם אבינו איז
געווען ’לך לך מארצך’ ,וואס דאס איז א בחינה פון 'עניות וצמצום' (ארעמקייט),
ווייל דאס איז די עבודה פון א מענטש אויף די וועלט ,אז קודם פרובירט מען אים
אויס מיט אזעלכע סארט נסיונות ,אז עס גייט אים נישט גוט און ער מוטשעט
זיך ,צי מיט פרנסה אדער מיט אנדערע שוועריקייטן ,כדי צו זען אויב ער וועט
ח"ו נישט ווערן אויפגערעגט און האבן קיין טענות אויף השי"ת.
נאר בשעת עס קומט אזא סארט נסיון אויף א מענטש ,דארף ער זיך שטארקן
און מתפלל זיין צו השי"ת אז ער זאל ח"ו נישט אריינפאלן אין 'דקדוקי עניות',
וואס אויף דעם זאגן חז"ל (עירובין מא ):אז עס איז ’מעביר את האדם על דעת
קונו’ (עם דערווייטערט דעם מענטש פון השי"ת) .דער עיקר 'דקדוקי עניות' איז ,אז ער
איז נישט קיין 'שמח בחלקו' ,און שטענדיג וויל ער האבן 'מותרות' (איבערפליסיגע
הנאות וואס פעלט אים באמת נישט אויס) .און דערויף דארף דער מענטש בעטן פון
השי"ת ,אז ער זאל זיין צופרידן מיט וואס ער האט ,און ער זאל נישט גלוסטן צו
קיין 'מותרות'.
-לא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
אזויווי מיר געפינען ביי יעקב אבינו ,אז ער האט נאר געבעטן פון השי"ת (בראשית כח
כ) 'לחם לאכול ובגד ללבוש' (ברויט צו עסן און א קלייד אנצוטון) ,און ער האט נישט
געדארפט מער פון דעם .און צוליב דעם רופט אים די תורה אן (בראשית כה כז) ’איש
תם’ ,א גאנצער מענטש ,וויבאלד ער האט נישט געגלוסט צו קיין 'מותרות' ,נאר ער
איז געווען פרייליך און צופרידן מיט דאס וואס השי"ת גיבט אים ,און עס האט אים
קיינמאל גארנישט געפעלט ,ממילא איז ער געווען א 'גאנצער מענטש'.
דאס איז טאקע געווען די יעצטיגע תפלה פון אברהם אבינו ,שטייענדיג אינמיטן די
ערשטע נסיון פון ’לך לך מארצך’ (וואס דאס איז א בחינה פון 'עניות וצמצום' ,ווי
אויבנדערמאנט) ,האט ער האט געבעטן פון השי"ת אז ער זאל זיין א 'שמח בחלקו' און
נישט אריינפאלן ח"ו אין 'דקדוקי עניות' .און דאס זאגט דא די פסוק’ :ויקרא בשם
השם’ ,אז ער האט געשריגן און מתפלל געווען אז ער זאל בלייבן נאנט צו השי"ת,
דהיינו אז די נסיון פון ארימקייט זאל אים נישט ברענגן צו 'דקדוקי עניות' וואס איז
'מעביר את האדם על דעת קונו'.
דאס זעלבע לשון געפינען מיר אויך שפעטער ,ווען אברהם אבינו איז צוריקגעקומען
פון מצרים ,שטייט דארט (יג ד) ’ויקרא שם אברם בשם השם’ .ווייל נאכדעם וואס
אברהם אבינו איז שוין גענצליך בייגעשטאנען די ערשטע נסיון (פון עניות) בשלימות
ובבירור גמור ,האט אים שוין השי"ת געגעבן א גרויסע עשירות ,אזויווי עס שטייט
דארט (פסוק ב) ’ואברם כבד מאד במקנה בכסף ובזהב’ ,אז ער האט געהאט גאר א
גרויסע פארמעגן.
אבער דער פסוק באנוצט זיך מיט דעם לשון 'כבד' (שווער) ,ווייל די עשירות איז
געפאלן זייער שווער אויף אברהם אבינו ,ווייל אויך עשירות קען ח"ו דערווייטערן א
-לב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
מענטש פון השי"ת ,אזויווי שלמה המלך האט מתפלל געווען (משלי ל ח) ’ ֵראש ועושר
אל תתן לי’ (גיב מיר נישט קיין ארימקייט און אויך נישט קיין עשירות) ,ממילא האט אברהם
אבינו מורא געהאט אז ער וועט ח"ו דערווייטערט ווערן פון השי"ת דורך די עשירות.
אנדערש איז אבער געווען ביי לוט ,וואס ער האט האט אויך געהאט א גרויסע
עשירות ,אזויווי דער פסוק זאגט דארט (פסוק ה) ’וגם ללוט ההולך את אברהם היה
צאן ובקר ואוהלים’ ,ביי אים שטייט נישט דאס לשון 'כבד' ,נאר פארקערט ,עס
שטייט די לשון 'היה' ,וואס דאס איז א לשון שמחה .ווייל לוט מיט זיין לייכטזיניגקייט
האט נאר געטראכט פון זיין עשירות און זיין גרויס פארמעגן ,און עס איז אים בכלל
נישט געקומען אין געדאנק זיך צו זארגן אז ער וועט דורכדעם דערווייטערט ווערן פון
השי"ת ,אזויווי עס איז טאקע געווען צום סוף.
דעריבער זאגט דער פסוק דארט’ :ויקרא שם אברהם בשם השם’ ,אז נאכדעם וואס
אברהם אבינו האט שוין געהאט א גרויסע עשירות ,האט ער נאכאמאל געשריגן און
מתפלל ער זאל בלייבן נאנט צו השי"ת ,און נישט דערווייטערט ווערן פון אים דורך
די עשירות .ווייל אין סיי וועלכע מצב אברהם אבינו איז נאר געווען ,האט ער כסדר
מתפלל געווען און איינגעריסן אז ער זאל ח"ו זיך נישט אוועקרירן פון השי"תיא.
יא מי השלוח פ’ לך :ויבן שם מזבח לה' ויקרא בשם ה' .נסיון הראשון של אברהם אבינו היה
לך לך ,היינו עניות וצימצם ,כי בזה צריך האדם להתברר תחילה שלא יתרעם על הש"י ח"ו,
אך שיבקש מהש"י שלא יבא ח"ו לדקדוקי עניות שמעבירין את האדם על דעת קונו .ועיקר
דיקדוקי עניות היינו מי שאינו שמח בחלקו ורוצה במותרות וע"ז צריך לבקש מהש"י שלא
יתאוה למותרות .כמ"ש ביעקב (בראשית כ"ה ,כ"ז) ויעקב איש תם היינו שהיה שלם בנפשו מבלי
שום תאוה למותרות רק כפי רצון הבורא ית' כן יקבל באהבה .וכן היה תפלות אאע"ה בנסיון
הראשון שיהיה שמח בחלקו ולא יהיה לו דקדוקי עניות ,וזה פירוש ויקרא בשם ה' היינו
-לג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-יב -
זיך שלאגן מיטן יצר הרע אויף אלע פראנטן!
יבה ֵבינִ י ו ֵבינֶ ָךִ ...ה ָפ ֶרד נָ א
ֹּאמר ַא ְב ָרם ֶאל לוֹּ ט ַאל נָ א ְת ִהי ְמ ִר ָ
וַ י ֶ
ילה (יג ,ח-ט)
ימנָ ה ְו ִאם ַה ָי ִמין ְו ַא ְש ְמ ִא ָ
ֵמ ָעלָ י ִאם ַה ְשמֹּאל וְ ֵא ִ
און אברם האט געזאגט צו לוט :זאל ביטע נישט זיין קיין קריגעריי צווישן מיר
און דיר .טייל זיך אפ פון מיר ,אויב דו וועסט גיין אויף לינקס ,וועל איך גיין
אויף רעכטס ,און אויב דו וועסט גיין אויף רעכטס ,וועל איך גיין אויף לינקס
אויך הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע ערקלערט :דער זוהר הק' זאגט (לך עט ,).אז
'אברהם' איז מרמז אויף די נשמה פון א איד ,און לוט איז מרמז אויפן יצר הרע .און
דאס ווארט 'נא' איז א לשון פון בקשה און זיך איינבעטן.
ֹּאמר ַא ְב ָרם ֶאל לוֹּ ט" – די נשמה זאגט צום יצר הרע:
לויט דעם וועט זיין די כוונה"ַ :וי ֶ
"אל נָ א" – עס זאל נישט זיין קיין לשון פון זיך איינבעטן מיט א פריינטשאפט צווישן ַ
יבה ֵבינִ י ו ֵבינֶ ָך" – מיר זאלן זיך ארומקריגן [אז
"ת ִהי ְמ ִר ָ
אונז ,נאר ס'איז בעסער אז ְ
"ה ָפ ֶרד נָ א ֵמ ָע ָלי" – טייל זיך אפ
די נשמה זאל חלילה נישט נאכגעבן פארן יצר הרע]ִ .
"אם ַה ְשמֹּאל" – אויב דו וועסט מיר איינרעדן אויף לינקס ,אז דו וועסט מיר
פון מירִ ,
שהעניות לא יעבירנו ח"ו על דעת קונו ,וע"כ כשחזר ממצרים נאמר ואברהם כבד מאד ,היינו
אחר שנתברר בעניות בבירר גמור בנסיון הראשון נאמר כבד מאד לשון כבידות שהיה ירא
לנפשו מפני העשירות כתפלות שלמה המלך ע"ה (משלי ל' ,ח) ראש ועושר אל תתן לי ,ובלוט
לא נאמר לשון כבד רק נאמר וגם ללוט ההולך את אברם היה וכו' ואין והיה אלא לשון שמחה
כי לא היה בו שום יראה כלל ,משא"כ באברהם כתיב כבד מפני היראה ע"כ כתיב וילך
למסעיו ויקרא שם אברם וכו' כי גם עתה היה מתירא מהעשירות כנ"ל ,וכן בירר בכל ענינים.
-לד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
זאגן אז איך בין שלעכט ,איך בין א רשע ,און דורכדעם וועסטו מיר וועלן אריינווארפן
ימנָ ה" – וועל איך זאגן ,אז איך בין רעכטס – א צדיק ,און איך
אין יאוש ח"ו ,דאן "וְ ֵא ִ
וועל נישט לאזן די מחשבות פון יאוש אריינדרינגען אין מיין מוח חלילה"ְ ,ו ִאם ַה ָי ִמין"
– און אויב וועסטו זאגן אז איך בין רעכטס ,איך בין א צדיק ,כדי מיר אריינצואווארפן
אין גאוה חלילה" ,וְ ַא ְש ְמ ִאילָ ה" – דאן וועל איך זאגן ,אז איך בין לינקס ,אז איך בין א
רשע ,כדי איך זאל חלילה נישט צוקומען זיך גרויסצוהאלטןיב.
-יג -
וואס דארף מען האבן ,חיזוק אדער התעוררות?
אן ענליכע בחינה זאגט דער הייליגער ישמח משה זי"ע ,אז עס זענען דא צוויי
מהלכים וויאזוי דער יצר הרע רעדט איין פארן מענטש צו זינדיגן :דער ערשטער
וועג איז ,אז ער איז אים מסביר ,אז דער אויבערשטער דארף אים שוין נישט ,און ער
קען מער נישט תשובה טון .אויף דעם דארף דער מענטש ענטפערן ,אז ס'איז נישט
ווארט אויף יעדן
אמת ,ווייל דער אויבערשטער איז פול מיט חסדים און רחמנות ,ער ַ
איד ,אפילו אויפן גרעסטן רשע ,אז ער זאל תשובה טון ,און ער נעמט אלעמאל אן
תשובה.
יב אמרות משה :ויאמר אברהם אל לוט אל נא תהי מריבה ביני ובינך .ויאמר אברהם אל
לוט אברהם הוא הנשמה לוט הוא היצר הרע וכמ"ש בזוהר ,אל נא שלא יהיה לשון
בקשה בדרך אוהבים ,יותר טוב תהי' מריבה ביני ובינך כי הפרד נא מעלי אם השמאל
אם תפיל אותי ותאמר שאני רשע ואימנה אומר שאני צדיק היינו שלא אתן לי יאוש חס
ושלום ואם הימין היינו שתאמר שאני צדיק ואשמאילה אומר שאני רשע שלא אבוא
לגדלות ורמות רוחא.
-לה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
דער צווייטער וועג איז ,אז דער יצר הרע זאגט אים" :ס'איז נישט קיין שום פראבלעם
צו זינדיגן ,ווייל דער אויבערשטער איז א גוטער ,און ער וועט דיר זיכער מוחל זיין",
דאן דארף מען אים צוריק ענטפערן ,אז דער אויבערשטער איז נישט מוותר אויף קיין
קלייניקייט ,און מען וועט דארפן געבן דין וחשבון אויף יעדע עבירה.
"אם
דאס איז מרומז אין דעם פסוק ,אז די נשמה (אברהם) זאגט צום יצר הרע (לוט)ִ :
ַה ְשמֹּאל" – אויב ווילסטו מיר איינרעדן אז דער אויבערשטער פירט זיך מיט מידת
הדין [לינקס איז מרמז אויף מידת הדין] ,און דורכדעם ווילסטו מיר אראפווארפן,
ימנָ ה" – וועל איך גלייבן אין די חסדים פונעם אויבערשטן ,אז ער וועט יא אננעמען
"וְ ֵא ִ
מיין תשובה [רעכטס איז מרמז אויף חסדים]" ,וְ ִאם ַה ָי ִמין" – און אויב ווילסטו מיר
מאכן זינדיגן דורך די מידת החסד ,אז דער אויבערשטער וועט ממילא מיר מוחל זיין,
דאן "וְ ַא ְש ְמ ִאילָ ה" – וועל איך גלייבן אין די מידת הדין ,אז דער אויבערשטער
שטראפט אויף יעדע עבירהיג.
יג ישמח משה :ויאמר אברם אל לוט וגו' הפרד נא מעלי אם השמאל ואימינה ואם הימין
ואשמאילה .על דרך הזהר (זוהר ח"א ע"ט ע"א) דאברהם דא נשמתא קדישא ,לוט דא יצר הרע,
ועל פי שיש שני מיני הסתה של יצר הרע ,אחד על פי מדת הדין על פי שפירשתי הפסוק
(דברים כ א) וראית סוס ורכב וגו' ,שמייעץ לאדם למנוע אותו מדרכי התשובה ,ואומר לו
שהדין נותן שלא יקבלנו בתשובה ,וצריך האדם להשיב לו כי חפץ חסד הוא ית' ,ולא יחפוץ
במות המת כי אם בשוב החוטא מחטאתו .וגם יש הסתה להיפך על פי מדת הרחמים ,כמו
שדרשו רז"ל בפסוק (חגיגה ט"ז ע"א) אל תאמינו בריע ואל תבטחו באלוף (מיכה ז ה) ,אם יאמר
לך יצר הרע חטא והקב"ה מוחל לך אל תאמין ,וצריך להשיב לו כל האומר הקב"ה וותרן
וכו' (ב"ק נ' ע"א) .וידוע דימין הוא חסד ושמאל הוא דין ,כמו שדרשו (ירושלמי סנהדרין פ"א ה"א)
בפסוק (מלכים א' כב יט) וכל צבא השמים עומדים עליו מימינו ומשמאלו ,ועל פי זה יתבאר
הפסוק הנ"ל ,והבן.
-לו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-יד -
אינזין האבן בלויז כבוד שמים!
ְש ָכ ְר ָך ַה ְר ֵבה ְמאֹּד :וַ י ֶ
ֹּאמר ַא ְב ָרם ֲאדֹּנָ י אל ֹּ ִקים
ַמה ִת ֶתן לִ י ְו ָאנ ִֹּכי הוֹּ ֵל ְך ֲע ִר ִירי (טו ,א-ב)
דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו" :דיין שכר וועט זיין
גאר אסאך" .האט אברהם געענטפערט פארן אויבערשטן" :וואספארא
גוטס וועסטו מיר דען געבן ,אויב וועל איך נישט האבן קיין קינדער?"
דער הייליגער רבי פון לובלין זי"ע זאגט :אברהם אבינו האט באמת ליב געהאט דעם
אויבערשטן ,נישט פאר קיין שום שכר .דעריבער ,ווען דער אויבערשטער האט אים
געזאגט ,אז ער וועט אים געבן גאר אסאך שכר ,האט ער געענטפערט" :וואס וועסטו
דען געבן פאר מיר אויב האב איך נישט קיין קינדער?" ,דאס מיינט" ,איך דארף נישט
'פאר מיר' קיין שום שכר ,אויב וועל איך נישט איבערלאזן קיין קינדער וואס זאלן
ווייטער פארשפרייטן די אמונה ,ווייל אויב דעם אויבערשטנ'ס נאמען וועט זיין
פארשוועכט חלילה ,בין איך נישט אינטערעסירט אין קיין שכר!" .און דער
אויבערשטער האט אים געענטפערט ,אז ער וועט טאקע אויך האבן קינדעריד.
יד זאת זכרון (ד"ה פ' אל זועם בכל יום) :מי שהוא אוהב להבוב"ה באמת לא לשום שכר כ"א
כמו שאמר א"א ע"ה מה תתן לי ואנכי הולך ערירי שהשיב על שאמר לו הבוב"ה שיש לו
שכר הרבה מאוד מה תתן לי כלומר אינני רוצה בשבילי כיון שלמטה יהיה חילול השם
חלילה כי הנה בן ביתי יורש אותי כלומר זה לי עיקר שיהיה קידוש ה' והשיכ לו השי"ת כן
יהיה נמי.
-לז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-טו -
אז דו האסט די זכיה צו דינען השי"ת ,ביסטו דער גרעסטער עושר!
וְ ֶהא ִמן ַבה’ וַ ַי ְח ְש ֶב ָה לוֹּ ְצ ָד ָקה (טו ,ו)
און אברהם אבינו האט געגלייבט אינעם אויבערשטן ,און דער אויבערשטער
האט דאס פאררעכנט פאר אים ,פאר א צדקה [א גערעכטיגקייט]
דער הייליגער קאזניצער מגיד זי"ע איז מבאר דעם פסוק ,אז אברהם אבינו
האט געוואוסט ,אז דאס וואס ער איז זוכה צו זיין א 'מאמין בה'' ,איז אלעס
נאר א מתנת חנם און א חסד פון השי"ת ,וואס האט אים געגעבן דער שכל
און פארשטאנד צו אנערקענען אז השי"ת איז דער איינציגסטער כח וואס
עקזיסטירט אויף די וועלט ,און ער האט אלעס באשאפן און ער פירט אלעס.
און ממילא האט אברהם אבינו שטענדיג געלויבט און געדאנקט השי"ת אויף
די גרויסע חסד וואס ער האט געטון מיט אים ,אז ער האט אים מזכה געווען
צו האבן די ריכטיגע און אמת'ע אמונה.
דאס איז פשט אין פסוק ’והאמין בה’’ ,אברהם אבינו האט געגלייבט אין
(די אמונה) השי"ת’ ,ויחשבה לו צדקה’ ,און ער (אברהם אבינו) האט דאס
פאררעכנט פאר אים (השי"ת) פאר א צדקה ,דהיינו אז ער האט געוואוסט אז
די גאנצע אמונה וואס ער פארמאגט ,איז נאר א צדקה וחסד וואס השי"ת
האט משפיע געווען פאר אים מאוצר מתנת חנם.
-לח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
די זעלבע קען מען זאגן פשט אין די ווערטער פון דוד המלך (דהי"א כט יא):
’לך ה’ הממלכה’ ,וואס לכאורה וואלט ער ענדערש געדארפט זאגן 'לך ה'
המלוכה' נישט 'הממלכה' .נאר דוד המלך האט געזאגט פאר השי"ת' :לך
השם' אלעם וואס מיר טוען קומט נאר פון דיר השי"ת ,אפילו 'הממלכה' ,דאס
וואס מיר זענען זוכה דיר ממליך צו זיין ,און צו מקבל זיין אויף זיך דעם עול
מלכות שמים .ווייל נאר השי"ת גיבט אונז די כוחות דערצו ,און ווען נישט זיין
הילף קענען מיר נישט טון קיין שום גוטע זאך.
און דאס איז פשט אינעם המשך הפסוק דארט (פסוק יב) ’והעושר והכבוד
מלפניך’ ,אז מיר דאנקען השי"ת אויף דעם וואס ער געבט אונז די כוחות
אים צו דינען ,ווייל דאס איז דאך אונזער גרעסטע גליק אויף די וועלט .דאס
זאגט דוד המלך' :והעושר והכבוד' ,אונזער גרעסטע עשירות און אונזער
גרעסטער כבוד איז ,אז 'מלפניך' ,מיר זענען זוכה צו שטיין פאר דיר און דיר
דינעןטו.
טו עבודת ישראל פ’ לך :והאמין בה' ויחשבה לו צדקה .יש לומר שאברהם בעצמו
חשב זה להקב"ה לצדקה שעשה עמו שנתן לו שכל להאמין בה' אחד .וקרוב לזה
פי' הפסוק (דה"י א' כט ,יא) לך ה' הממלכה ,ולא כתיב המלוכה רק הממלכה דהיינו
גם כן שדוד המלך ע"ה אמר לך ה' שהכל שלך הוא אפילו מה שממליכין אותך
הוא מכח שלך כי הוא הנותן לך כח לעשות חיל .והעושר והכבוד מלפניך ,פירוש
שכל העושר והכבוד הוא רק מלפניך שיכול לעמוד מלפניך לעבוד אותך.
-לט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-טז -
אין יעדן איד איז אריינגעווארצלט א כח פון אמונה ,וואס קומט פון אברהם אבינו!
וְ ֶהא ִמן ַבה’ וַ ַי ְח ְש ֶב ָה לוֹּ ְצ ָד ָקה (טו ,ו)
און אברהם אבינו האט געגלייבט אינעם אויבערשטן [-אין די עניינים וואס דער
אויבערשטער האט אים צוגעזאגט ביים ברית בין הבתרים] ,און דער
אויבערשטער האט דאס פאררעכנט פאר אים ,פאר א צדקה [א גערעכטיגקייט]
הרה"ק רבי לייבעלע אייגער זי"ע שטעלט זיך ,פארוואס ווערט אברהם אבינו אזוי
אויסגעלויבט מיט די אמונה וואס ער האט געגלייבט אינעם אויבערשטן ביים 'ברית
בין הבתרים' ,מער ווי אלע אנדערע מאל וואס ער האט געגלייבט אינעם אויבערשטן,
און ער איז בייגעשטאנען אזעלכע שווערע נסיונות ,ווי אריינווארפן אין קאלעך אויוון.
ֹּאמר ַה ֶבט נָ א ַה ָש ַמיְ ָמה ו ְספֹּר ַהכוֹּ ָכ ִבים ִאם
נאר אינעם פריערדיגן פסוק שטייט" :וַ י ֶ
ֹּאמר לוֹּ כֹּה יִ ְהיֶ ה זַ ְר ֶע ָך" [דער אויבערשטער האט געזאגט פאר תו ַכל ִל ְספֹּר א ָֹּתם וַ י ֶ
אברהם :קוק ארויף אין הימל ,און צייל אפ די שטערנס ,פונקט ווי דו קענסט זיי נישט
ציילן ,אזוי וועלן זיין דיינע אייניקלעך ,אז מען וועט זיי נישט קענען אפציילן]' ,שטערנס'
איז מרמז אויף ליכטיגקייט ,און די כוונה דערפון איז ,אז דער אויבערשטער האט
צוגעזאגט פאר אברהם ,אז זיינע אייניקלעך וועלן אויך האבן אזא ליכטיגקייט אין
אמונה ווי אברהם אבינו ,דאס איז א זאך וואס מען קען נישט פארשטיין מיטן
מענטשליכן שכל ,ווייל יעדער מענטש האט דאך א פרייע בחירה צו טון וויאזוי ער
באגערט ,אויב אזוי ,וויאזוי איז מעגליך אז יעדער איד וועט האבן אין זיך אריינגעבויעט
אזא ליכטיגע אמונה ווי אברהם אבינו ,אבער מיט דעם אלעם האט אברהם אבינו
-מ-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
געגלייבט אין דעם מיט אמונה שלימה ,אז די ווערטער פונעם אויבערשטן וועלן
אויסגעפירט ווערן ,כאטש וואס מען קען דאס נישט פארשטיין מיטן שכל.
דעריבער איז אט די אמונה געווען גאר טייער און חשוב ביים אויבערשטן ,און טאקע
דורכדעם וועט די אמונה פון אברהם אבינו ווערן פארשפרייט צו אלע קומענדיגע
דורות ,פאר יעדן אידטז.
-יז -
נאר ווען מען איז פרייליך איז דא השראת השכינה!
ֹּאמר לְ ַא ְב ָרם יָ ד ַֹּע ֵת ַדע ִכי גֵ ר יִ ְהיֶ ה זַ ְר ֲע ָך (טו יג)
וַ י ֶ
ביים ברית בין הבתרים האט דער אויבערשטער געזאגט פאר
אברם" :זאלסט וויסן ,אז דיינע אייניקלעך וועלן גיין אין גלות"
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע איז מדייק ,אז געווענליך ווען דער פסוק
זאגט אז השי"ת האט גערעדט צו אברהם אבינו ,ווערט דערמאנט דארט דעם
טז אמרי אמת (לא נרשם השנה ,סעודה שניה ,ד"ה אהבו) :ולהבין מה זאת שהאמונה הזאת גדלה למעלה
ראש על כל האמונות שהאמין עד כה בהשליכו לכבשן האש וכל הנסיונות הידועים שכולם
הי' מצד האמונה הוא בהקדם ביאור הפסוק הבט נא השמימה וספור הכוכבים וגו' כה יהי'
זרעך פי' כוכבים הוא מלשון בהירות כידוע וזאת היתה ההבטחה כה יהי' זרעך היינו באותו
הבהירות של האמונה השלימה אשר בך כן יהי' זרעך והוא דבר בלתי מושג בשכל אנושי כי
ידוע כל אדם נולד בבחירה חפשית לעצמו ועכ"ז האמין בה' שמאמרו ית' הוא למעלה
מהשגת ותפיסת שום נברא ,לזאת הי' האמונה הזאת גדולה לפניו ית' לעשותה דבר חשוב
שאפי' באלף לא תתבטל לעולם ,ואף לדורי דורות הבאים אחריו יתפשט האמונה הזאת
ממקורה באאע"ה כהבטחת כה יהי' זרעך.
-מא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
שם ה' ,למשל' :ויאמר אליו ה'" אדער 'ויאמר ה' לאברם' ,אבער דא שטייט
סתם ’ויאמר לאברם’ ,און עס שטייט נישט אז השי"ת האט אים געזאגט.
נאר עס איז באוואוסט דעם מאמר חז"ל (פסחים קו’ ).אין השכינה שורה מתוך
עצבות’ ,אז א פלאץ וואו ס'איז דא עצבות ח"ו איז נישטא דארט קיין השראת
השכינה .און דא האט דאך השי"ת מגלה געווען פאר אברהם אבינו ’ידוע תדע
כי גר יהיה זרעך וגו’ ועבדום ועינו אותם’ ,אז במשך די קומענדיגע דורות
וועלן זיינע קינדער דורכגיין אסאך צער און יסורים אין די אלע שווערע גליות,
ממילא איז אברהם אבינו דורכדעם צוגעקומען צו א בחינה פון 'עצבות' (לויט
זיין גרויסע מדריגה) ,און דעריבער האט אים השי"ת באפוילן ’קחה לי עגלה
משולשת’ ,ווייל ער האט געדארפט ברענגן א קרבן צו מכפר זיין אויף דעם
וואס ער איז געווען בעצבות .און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס עס ווערט
נישט דא דערמאנט דעם שם ה' ,נאר סתם ’ויאמר לאברם’ ,ווייל די שכינה
רועט נאר דוקא דארט ווי ס'איז דא שמחה ,און נישט דארט וואו ס'איז דא
עצבות ח"ויז.
יז תפארת שלמה פ’ לך :ויהי השמש לבא ותרדמה נפלה על אברם ויאמר לאברם ידוע
תדע וגו' .יש לדקדק שבכל הפרשה כתיב ויאמר אליו ה' ויאמר ה' לאברם וכאן כתיב
סתם ויאמר לאברם .אכן הענין ידוע מאמר כז"ל (פסחים קיז ,א) אין השכינה שורה מתוך
עצבות ח"ו .לכן כאן כאשר אמר לו אברהם במה אדע .והשיב לו הש"י ידוע תדע וגו'
ורמז לו הגלות .לכן היה בא לעצבות לכך אמר לו קחה לי עגלה משולשת שהיה צריך
קרבן לכפר .לכן במאמר זה לא נזכר שם הוי' ב"ה רק ויאמר סתם כי השכינה אינה שורה
רק מתוך שמחה.
-מב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
-יח -
השי"ת טוט מיט מיר בלויז גוטס!!
ֹּאמר ָש ַרי ֶאל ַא ְב ָרם ִה ֵנה נָ א ֲע ָצ ַרנִ י הוי"ה ִמ ֶל ֶדת (טז ב)
וַ ת ֶ
און שרי האט געזאגט צו אברם :דער אויבערשטער
האט מיר אפגעהאלטן פון צו געבוירן קינדער
עס איז באקאנט אז דער שם הוי"ה ווייזט אויף מדת הרחמים ,און דער שם
אלקים ווייזט אויף מדת הדין .אויב אזוי ,ווען שרה אמנו ע"ה רעדט פון די צרה
וואס האט איר באטראפן ,אז זי האט ליידער נישט קיין קינדער ,וואלט דאך
ענדערש געפאסט צו נוצן דעם שם 'אלקים' ,און פארוואס האט זיך געזאגט
’עצרני הוי"ה מלדת’?
זאגט דער הייליגער חיד"א זי"ע ,אז עס איז דאך באקאנט וואס חז"ל (ברכות ס):
זאגן’ :כל מה דעביד רחמנא לטב עביד’ (אלעס וואס השי"ת טוט איז זיכער צום גוטן),
און אפילו עס זעט אים אז עס האט פאסירט אן אומגליק ל"ע ,דארף מען וויסן
אז באמת איז עס א גוטע זאך ,נאר דער מענטש מיט זיין שכל קען נישט משיג
זיין די גוטס דערפון .און אזוי פלעגט טאקע 'נחום איש גמזו' זאגן אויף יעדע זאך
וואס איז אים געשען’ :גם זו לטובה’ (דאס איז אויך צו גוטן).
אט די דאזיגע אמונה איז געווען איינגעבאקן אין שרה אמינו ,און זי האט שטענדיג
געלעבט דערמיט ,און זי האט געוואוסט מיט א קלארקייט אז דאס וואס זי האט
ליידער נישט קיין קינדער איז באמת א גוטע זאך פאר איר ,עס איז כולו רחמים
-מג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
וחסדים והשפעות טובות פון השי"ת ,ממילא וואס דען פאסט זיך צו זאגן דערויף,
אויב נישט ’עצרני הוי"ה מלדת’יח.
-יט -
אז מען איז זיך מתגבר אויף דעם אייגענעם יצר
הרע ,איז מען זוכה צו מכניע זיין אלע רשעים!
יתי ִא ָת ְך ְו ָהיִ ָ
ית לְ ַאב ֲהמוֹּ ן גוֹּ יִ ם (יז ,ד) ֲאנִ י ִה ֵנה ְב ִר ִ
[דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם ]:איך וועל שניידן מיין
בונד מיט דיר ,און דו וועסט זיין דער הויפט פון פילע פעלקער
דער הייליגער אור לשמים זי"ע ערקלערט ,אז אברהם אבינו איז געווען דער שורש
פון חסד ,און זיין סדר פלעגט שטענדיג זיין צו ממשיך זיין גוטס אויף דער וועלט ,און
אזא גוטהארציגער מענטש קען נישט האבן קיין מידת הגבורה זיך צו פירן מיט
אכזריות ,אבער דער אמת איז ,אז אויף דער וועלט דארף מען אויך האבן די מידה פון
גבורה ,כדי צו קענען מכניע זיין די שונאים און די רשעים.
דאס איז מרומז אין דעם פסוק ,ווייל דאס ווארט 'אני' ווייזט אויף די ביידע מידות פון
יתי ִא ָת ְך" –
"אנִ י ִה ֵנה ְב ִר ִ
חסד און גבורה אינאיינעם (זע אינעווייניג דער טעם דערפון)ֲ ,
דורכדעם וואס דו האסט זיך גע'מל'עט ,אז דו ביסט געווען גרייט צו זיין אן אכזר אויף
זיך אליין און זיך מל'ען פארן אויבערשטן ,דורכדעם וועל איך דיר געבן במתנה די
יח חומת אנך פ’ לך (אות י"ז) :אמרה עצרני ה' מדת רחמים כמ"ש כל מאי דעביד רחמנא לטב
עביד ונחום איש גמזו היה אומר גם זו לטוב .וכן שרה זאת אומרת הנה עצרני ה' מדת רחמים
דודאי גם זו לטוב הוא והוא רחמים.
-מד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
מידה פון 'אני' – אז דו וועסט אויך האבן די מידה פון גבורה צו קענען מכניע זיין די
ית לְ ַאב ֲהמוֹּ ן גוֹּ יִ ם" – און דורכדעם וועסטו קענען געוועלטיגן אויף די
שונאים" ,וְ ָהיִ ָ
גויים ,נישט צוצולאזן אז זיי זאלן טון סיי-וואס קעגן דיין רצוןיט.
-כ-
די מצות מילה פון אברהם אבינו איז מכפר אויף אונז!
ְב ֶע ֶצם ַהיוֹּ ם ַה ֶזה נִ מוֹּ ל ַא ְב ָר ָהם (יז כו)
אין דעם טאג איז אברהם אבינו גע'מל'עט געווארן
עם ווערט געברענגט בשם דעם הייליגן רוקח זי"ע ,אז די ווערטער ’בעצם היום הזה
נימול’ איז בגימטריא 'יום הכפורים' ,דאס איז מרמז אז יעדעס יאר ,ווען עס קומט די
הייליגע טאג פון יום כיפור ,זעט השי"ת די דם מילה פון אברהם אבינו ,און ער
באטראכט דאס אזויווי בלוט פון קרבנות ,און דאס איז מכפר אויף די עבירות וואס די
אידן זענען ליידער נכשל געווארן אין זיי במשך די גאנצע יאר.
נאך א רמז דערצו :אז אין די גאנצע קאפיטל פון פרשת מילה (קאפיטל יז) פון 'ויהי
אברם בן תשעים ותשע שנים' ביז 'נימולו אתו' ,איז דא 395ווערטער ,וואס דאס
יט אור לשמים :אני הנה בריתי אתך וכו' .נ"ל כי אברהם אבינו ע"ה היה שורש החסד (זח"א
מז ,):והיה דרכו רק להמשיך טוב בעולם ,ומי שדרכו כך בלתי אפשרי להיות לו גבורות ,אבל
באמת בעולם המעשה צ"ל להצדיק מדת גבורה להכניע השונאים .וזפ"ה אני הנה בריתי
אתך ,אני מורה על חסדים וגבורות ,כי אני בגימטריא אגל"א והוי"ה ב"ה ,דהיינו ע"י שאברהם
אבינו ע"ה מל עצמו והיה נעשה אכזרי על עצמו ,עי"ז נתן לו הקב"ה מדת גבורה להכניע
השונאים .והיית לאב המון גוים -פירוש שתמשול על הגוים ותשלוט בהם ,לבלתי תת לעשות
להם שום דבר שלא כרצונך.
-מה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
באטרעפט אזויווי דאס ווארט ’שנה’ און אזויווי די ווארט ’ ַה ִכ ֻּפ ִרים’ ,דאס ווייזט אז די
מסירות נפש פון די מצות מילה פון אברהם אבינו ,איז מכפר אויף אלע עבירות וואס
אידן זענען נכשל געווארן א גאנץ יארכ.
הפטורת לך לך
-כא -
דורך ענוה מיט שמחה קען מען מכניע זיין אלע שונאים!
יִ ֵתן ֶכ ָע ָפר ַח ְרבוֹּ ְכ ַקש נִ ָדף ַק ְשתוֹּ (ישעיה מא ,ב)
דער אויבערשטער וועט געבן די שווערד פון אברהם
אבינו אזויווי ערד ,און זיין בויגן אזויווי שטרוי
חז"ל ערקלערן דעם פסוק (סנהדרין קח ,):אז ווען אברהם איז נאכגעלאפן די פיר קעניגן
האט ער געווארפן ערד ,און דערפון איז געווארן שווערדן ,און ווען ער האט געווארפן
'גילא' – שטרוי ,איז דערפון געווארן בויגענעס.
דער הייליגער מאור ושמש זי"ע ערקלערט ,אז דורכדעם וואס אברהם איז געווען ביי
זיך ווי ערד ,ער האט זיך געהאלטן קליין ,פון דעם איז געווארן א שווערד צו הרג'ענען
זיינע פיינט ,און דורכדעם וואס ער איז געווען פרייליך ,ער האט געדינט דעם
כ נחל קדומים פ’ לך :בעצם היום הזה נימול אברהם .בעצם היום הזה נימול בגימטריא יו"ם
הכפורי"ם ובכל שנה נראה דם מילתו לפני הקב"ה כדם קרבנות ומכפר על עונותיהם של
ישראל של כל ימות השנה ולכך מן ויהי אברהם בן תשעים ותשע בפ' מילה שנ"ה תיבות
כמנין הכפורי"ם שמכפר על כל ימות השנה .רבינו מהר"א מגרמיזא ז"ל.
-מו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
אויבערשטן מיט א שמחה ('גילה' איז א לשון פון שמחה) ,פון דעם איז געווארן א בויגן צו
הרג'ענען זיינע פיינט .נאכדעם האב איך געפינען אט די בחינה אין ספר קדושת לוי
(פר' שמות ד"ה לכה)כא.
-כב -
א בריוו פונעם של"ה הקדוש זי"ע
פאלגענד איז א בריוו וואס דער של"ה הקדוש זי"ע האט געשריבן צו זיין זון הרה"ק
רבי שעפטיל זצ"ל ,אום פרשת לך שנת שע"ב לפ"ק:
ב"ה יום דלית לך שע"ב פק"ק פראג.
לכבוד מיין באליבטע זין ,זית רענן חסיד ותורני מופלג בתורה ,מו"ה שעפטיל נ"י,
מיר לעבן ברוך ה' מיט פרידן .כדי דיר צו מזכה זיין מיט מצות 'כיבוד אב' וויל איך דיר
בעטן ...אויך אז דו ביסט זוכה צו זיצן ביי דין תורה'ס ,זאלסטו שטענדיג געדענקען
דעם מאמר חז"ל (יבמות קט’ ):לעולם יראה דיין עצמו כאילו חרב מונחת לו בין
כא מאור ושמש (הפטרה) :יתן כעפר חרבו כקש נידף קשתו ואמרו חז"ל שדי עפרא והוי חרבא
גילא והוי קשתא .ואמרתי כבר שפי' הוא כך שדי עפרא פי' שע"י שהי' אברהם אבינו ע"ה
לגבי עצמו עפר ואפר הי' הדבר הזה חרב להרוג שונאיו גילא והוי קשתא פי' ע"י שמחה וגילה
בעבודת הש"ית זה הי' קשתא לנגד אויביו להמיתם אח"כ מצאתיו בספר קדושת לוי ויש
להבין עדיין היכן נרמוז בפסוק לשון גילה בשלמא דבר זה שע"י שהי' לגבי עצמו כעפר עי"ז
הוי חרבא להרוג שונאיו זה מרומז בפסוק דכתיב יתן כעפר חרבו .אבל גילה ושמחה לא נרמוז
בקרא רק כתיב כקש נידף קשתו .ונרתה לי דמרומז דבר זה בסוף הפטורה דכתיב תזרם ורוח
תשאם ואח"כ כתיב ואתה תגיל בה' ובקדוש ישראל תתהלל דהיינו כנ"ל דעל ידי גילה
ושמחה בה' תזרם ורוח תשאם לשונאים והיינו כנ"ל וק"ל.
-מז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
לך לך
יריכותיו וגיהנם פתוחה לו מתחתיו’ .און דו זאלסט יעדן איינעם דן זיין לכף זכות,
זאל זיין ווער עס זאל זיין .און דער עיקר אז דו זאלסט נישט אויסהערן די טענות איינע
פון די בעלי דינים בשעת דער אנדערער איז נישט דארט ,נאר דוקא ווען ביידע קומען
האסטו רשות זיי אויסצוהערן ,נישט אויף א אנדער אופן .און יעדן טאג זאלסטו
לערנען א מוסר ספר .און דער פסוק פון (דברים טו יט) ’כי השוחד יעור עיני חכמים’
זאל זיך נישט אוועקרירן פון דיינע מחשבות .אזוי וועסט פסק'נען ערליך ,אין
בארעכטיגן דעם זכאי.
און איך וואונטש דיר מיין זון ,מיט די ברכת כהנים ,פון 'יברכך' און 'ויחונך' ביז 'שלום'.
דאס זענען די רייד פון דיין טאטע ,וואס וויל דיין גוטס תמיד און יעדע געלעגנהייט.
ישעי' סג"ל הורוויץ
כב
בהרב הגאון החסיד מוהר"ר אברהם אבד"ק פראג
כב נעתק בספר אגרות קודש אדמו"ר הזקן ,מכתב קי"ז.
-מח -
