דברות קודש סאטמאר - אידיש · Dibrois Koidesh Satmar - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

בעזהשי"ת
ספר
אמרא טבא
יו"ל ע"י
ועד להוצאת ספרי כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
צו באשטעלן גרעסערע קוואנטומען פאר מוסדות התורה ,ישיבות ,וכדומה
רופט845 418 4421 :
קט אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
מאמר ה'
משנתו של ספה"ק ויואל משה
בדבר איסור הנורא של השתתפות בבחירות הטמאות
יום א' בלק שנת תשד"מ לפ"ק בהיכל המתיבתא קרית יואל יצ"ו
א
זיך האלטן אויפ'ן דרך פון די פריערדיגע צדיקים
געפינען די וואך אין דער סדרה )במדבר כג ,ז(ַ :ו ִ ּי ָ2א ְ ׁ ָ
משלוֹ מיר
אשוּ ֶרנּ וּ ֶ ,הן ָעם
מגּ ָבעוֹ ת ֲ ׁ
אראנּ וּ וּ ִ ְ
צרים ֶ ְ ֶ
מראש ִ 6 ַו ּ ֹי ַ
אמר וכו' ִ ּכי ֵ ֹ ׁ
יתח7ב .טייטשט רש"י :כי מראש צורים
לא ִ ְ ַ ָ
יש ּכֹן וּ ַבגּ וֹ ִים ֹ
לבדד ִ ׁ ְ
ְ ָ ָ
אראנו ,אני מסתכל בראשיתם ובתחילת שרשיהם ,ואני רואה אותם
מיוסדים וחזקים כצורים וגבעות הללו על ידי אבות ואמהות.
ב( די משנה )סוף עוקצין פ"ג מי"ב( ָ
זאגט :אמר רבי יהושע בן לוי
עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק שלש מאות ועשר
עולמות שנאמר להנחיל אוהבי יש ואוצרותיהם אמלא.
מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה
איך האב געקלערט ס'קען אפשר זיין פשט אין די ּפסוקים ,בהקדם
וואס כ'האב נעכטן געזאגט ביי שלש סעודות אויפ'ן ּפסוק אין
התוֹ ָרה אדמהֹ ,זאת ּ ַ 6
חקת ַ ּ פרה ֲ ָּ 6
אליָ ָ -
ְויקחוּ ֵ ֶ
ּפרשת חוקת )במדבר יט ב(ְ ִ :
לאמר .זאגט דארט רש"י :לפי שהשטן ואומות העולם
צוּ ה ה' ֵ ֹ
אשר ִ ָ
ֲ ֶׁ
מאמר ה' § אמרא טבא קי
מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה לפיכך
כתב בה חקה גזירה הוא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה .די
פרה אדומה איז א 'חק בלי טעם'.
ס'איז ידוע די קשיא וואס אלע מפורשים שטעלן ַ ָ ּ
אראפ ,וואס הייסט
דאס אז די פרה אדומה איז א חק? רש"י אליין ברענגט דאך
אראפ דעם טעם פון רבי משה הדרשן אז די פרה קומט מכפר זיין
אויפ'ן חטא העגל ,און אויב אזוי פארוואס זאגט רש"י אז פרה
אדומה איז א 'גזירה' ,א 'חק בלי טעם'? מ'קען דאך יא ענטפערן
דעם טעם פאר די אומות העולם?
ווידער דארף מען אויך פארשטיין וואס דער שטן און די אומות
העולם פרעגן' :מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה' ,אלע
תרי"ג מצות זענען דאך געגעבן געווארן למשה מסיני - ,נישט אלע
זענען חוקים ,נאר א טייל זענען חוקים ,און די איבריגע האט טעמים
-נו ,די אנדערע מצות פארשטייען זיי שוין יא ,האבן זיי דען שוין
דורכגעלערנט די אלע מצות און די טעמים פון אלע מצות? זיי
אינטערסירט דען די טעם פון א מצוה? און אויב אזוי פארוואס
שטעלן זיי זיך אפ פונקט ביי מצות פרה און זיי פרעגן וואס איז
די טעם פון די מצוה? וואס גייט זיי דען אן אז די מצוה האט
נישט קיין טעם?
פארוואס ווערן אידן אין גלות נישט בטל ברוב?
ַ ָ
איך געזאגט ַאזוי :ס'איז ידוע וואס עס שטייט אין מדרש האב
)ויק"ר פ"ד ס"ו( אז די אומות העולם טענה'ן אז די אידן זענען
א מועט און זיי דארפן בטל ווערן ברוב .אסאך טעמים זענען
טאקע נישט בטל ברוב.
געזאגט געווארן פארוואס אידן ווערן ַ
קיא אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
די מפרשים ָ
זאגן ַאז ווילאנג די אידן זענען געווען אין ארץ ישראל
זענען זיי געווען 'קבוע על מקומם' ,איז נישט שייך צו זאגן אז
זיי זאלן בטל ווערן ברוב אומות ווייל )כתובות טו' (.כל קבוע כמחצה
על מחצה דמי'.
די קשיא הייבט זיך נאר אן ווען אידן זענען געגאנגען אין גלות,
דעמאלט זענען זיי דאך 'ניידי ממקומם' און מער נישט קיין
ָ
קבועים )זבחים עג ,(:איז לכאורה זאלן זיי דעמאלס בטל ווערן ברוב
האומות?
ווען מ'לערנט די תורה פון צדיקים ,לעבן זיי אויף דער וועלט
דער זיידע ז"ל אין ישמח משה )פ' תולדות בהפטרה( זאגט א טעם
וואס די גמרא ָ
זאגט פארוואס אידן ווערן נישט בטל ,בהקדם ָ
אין מגילה )דף טו :(.אמר רבי אלעזר אמר ר' חנינא צדיק אבד לדורו
נאך ַא מימרא :כל האומר דבר בשם
זאגט די גמרא ָ אבדָ .
נאכדעם ָ
אומרו מביא גאולה לעולם .איז ער דארט מסביר די שייכות פון די
צוויי מאמרים ,ווייל ווען דער צדיק איז אויפ'ן עולם האמת און ער
איז 'מונח בקבר' ,איז ער 'קבוע במקומו'ָ .אבער ס'איז דאך נישט
זאלן נישט בטל ווערן
שייך צו זאגן אז ער זאל העלפן ַאז אידן ָ
ברוב אומות ,ווייל ער איז דאך שוין בעלמא דקשוט.
מפיו' איז דאך
וואס דען ,אז מ'זאגט נאך א 'דבר שמועה ּ נאר
'שפתותיו דובבות בקבר' ווי די גמרא )יבמות צו (:דרש'נט פון
למים .איז פשט אז
באהל -עוֹ ָ ִ
ְ דעם ּפסוק )תהלים סא ,ה( ָאגוּ ָרה ְ
מ'ברענגט אריין א חיות אין א צדיק ,ממילא האט דער צדיק בקבר
א שייכות צו דעם דור ,און ממילא אזויווי ער איז קבוע במקומו
מאמר ה' § אמרא טבא קיב
'אויף דער וועלט' ,קען מען אים מצרף זיין צום דור און דורכדעם
ווערן אידן נישט בטל.
וועגן דעם איז 'כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם'
ווייל דורך דעם וואס ס'איז 'שפתותיו דובבות בקבר' מ'קען
אים מצרף זיין צום דור .דאס איז די סמיכות פון די צוויי מאמרים,
און דעריבער ברענגט די גמרא דעם ּפסוק פון 'אגורה באהלך
עולמים' אויף דעם ענין פון 'שפתותיו דובבות בקבר' ,ווייל אז
ס'איז שפתותיו דובבות בקבר באקומט דער צדיק א חיות אויף די
וועלט ,און ממילא ווערן אידן נישט בטל ברוב!
זיידע ז"ל אין ייטב ּפנים )דברי קהלת לשבת חוה"מ( טייטשט דער
אהבים
הנּ ֱ ָ ִ
דערמיט ,דאס וואס מ'זאגט שבת אין אב הרחמיםֶ ַ :
לא ִ ְ ָ
נפרדוּ ,דאס הייסט אז אפילו ווען זיי עימם ְ ּב ַח ֵ ּי ֶ
יהם וּ ְבמוֹ ָתם ֹ והנּ ִ ִ
ְ ַ ְ
גייען אוועק פון דעם עולם איז נאך אלץ 'לא נפרדו' ,פארוואס?
מפיו' איז מען דאך מעורר
ווייל אז מ'זאגט נאך א 'דבר שמועה ּ
אלקינוּ ְלטוֹ ָבה ִעםיזכ ֵרם ֱ ֵֹ
זאגט מעןְּ ְ ִ :
דאס ָ
חיות אין דעם צדיק! ָ
יקי עוֹ ָלם .מען בעט דעם אויבערשטן ַאז ער ָ
זאל זיי מצרף צדּ ֵ
ׁ ְש ָאר ַ ִ
זיין מיט די צדיקים וואס זענען נאך אויף דעם עולם.
פארוואס איז לכתחלה נישט געווען קיין זקנה?
ַ ָ
האב געזען א גוט ווארט פונעם פעטער ז"ל )דברי יואל חיי עמוד איך
וואס די גמרא זאגט )בבא מציעא פז(.
ָ תסז( ,ער ברענגט אראפ
אז ביז אברהם אבינו איז נישט געווען קיין זקנה .אברהם מיט יצחק
האבן ביידע אייניג אויסגעזען ,ווער ס'האט געוואלט רעדן מיט
אברהם האט גערעדט מיט יצחק ,און ווער ס'האט געוואלט רעדן
קיג אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
מיט יצחק האט גערעדט מיט אברהם ,האט אברהם מתפלל געווען
און ס'איז געווארן דער ענין פון זקנה .ואברהם זקן בא בימים.
זיך די קשיא :ביז אברהם אבינו איז דאך נישט געווען פרעגט
קיין זקנה ,און די גאנצע זאך וואס אברהם אבינו האט
פאר'ן באקוועמליכקייט פון דעם
מתפלל געווען איז דאך געווען ַ
מענטש ,ווייל מענטשן האבן געמאכט טעותים ,מ'האט געוואלט
עפעס זאגן פאר אברהם אבינו און מהאט געזען אז ס'איז יצחק,
און צוליב דעם האט אברהם אבינו מתפלל געווען אז דער
אויבערשטער זאל משנה זיין סדרי בראשית .איז לכאורה פארוואס
האט דאס לכתחילה אויסגעפעלט אז ס'זאל נולד ווערן אזעלכע
טעותים אין די בריאה?
נאכזאגן בשם אומרו
מ'זאל קענען ָ ָ
ָ זקנה כדי
גאר אן אנדערן טעם :אברהם זאגט ער ,אז אין דער גמרא ליגט ָ
דא ָ ָ
אבינו איז געווען א זקן ויושב בישיבה ,ער איז געזעצן און
געלערנט מיט מענטשן ,און יצחק איז אויך געזעצן און געלערנט
מ'האט
ָ געזאגט ַא מימרא ,און
ָ האט
מיט מענטשן .און ווען אברהם ָ
נאכזאגן בשם אומרו פון אברהם אבינו ,האט מען
געדארפט ָ ָ
ַ עס
דאך נישט דערקענט ווער עס איז אברהם און ווער עס איז יצחק,
האט מען זיך טועה געווען און מ'האט עס נאכגעזאגט בשם יצחק.
ָ
דאס זעלבע ווען יצחק האט געזאגט א מימרא האט מען זיך טועה
ָ
געווען און מ'האט עס נאכגעזאגט בשם אברהם .ס'האט דארט
נישט געטויגט די גאנצע זאך ,און ס'איז דארט געווען א פראבלעם
לגבי דעם 'אומר דבר בשם אומרו' .מ'האט געמוזט דערקענען
מאמר ה' § אמרא טבא קיד
וועלכע מימרא איז פון אברהם און וועלכע מימרא איז פון יצחק,
מען האט זיי נישט דערקענט .דאס איז געווען די סיבה פארוואס
אברהם אבינו האט מתפלל געווען אז דער אויבערשטער זאל
ברענגען זקנה אויף דער וועלט.
פון פּרה אדומה לערנט מען ַארויס ַאז מ'גייט ָנאך רוב
פעטער ז"ל ברענגט אין דברי יואל )חקת עמוד סא( וואס די דער
גמרא דרש'נט אין חולין )דף יא (:פון וואו לערנען מיר ארויס
דא פארשידענע לימודים אויף דעם.
אז מען גייט נאך רוב? ס'איז ָ
איין לימוד איז ,אז מ'לערנט דאס ארויס פון פרה אדומה ,ווייל עס
וש ַרף' אז מ'דארף פארברענען די פרה
'וש ַחט ְ ָ ׂ
שטייט )במדבר יט ,ג( ְ ׁ ָ
אזויווי מ'האט עס גע'שחט'ן ,דאס הייסט אז ּפונקט ווי בשעת
גאנץ ,אזוי אויך דארף מען עס פארברענען
שחיטה איז עס געווען ַ
ווען ס'איז נאך גאנץ ,מען האט נישט צושניטן די פרה אדומה- .
פרעגט די גמרא אז ווען מ'צושניידט נישט די בהמה קען מען דאך
נישט בודק זיין די י"ח טריפות' ,ודלמא טריפה הוא' ,אפשר איז
עס טריפה? אלא מאי איז פון דעם ּפסוק א ראיה אז מ'גייט נאך
רוב ,און רוב פרות זענען נישט טריפה - .אזוי איז איינס פון די
לימודים פון דער גמרא.
דעם טייטשט ער דעם מדרש )מובא בישמח משה פ' קרח( מה לויט
ראה קרח לחלוק על משה ,פרשת פרה אדומה ראה ,ווייל
קרח איז געקומען צו משה רבינו און ער האט גע'טענה'ט אז ער
איז רוב ,רוב כלל ישראל האלט מיט אים ,פון וואנעט האט ער
געוואוסט אז מ'גייט נאך רוב? ווייל פרשת פרה אדומה ראה ,און
פון דארט האט ער ארויסגעלערנט אז מ'גייט נאך רוב.
קטו אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
זאגט:
איך געקלערט לפי זה ,צו טייטשן דאס וואס רש"י ָ האב
דאס הייסט ַאז די אומות
'מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה'ָ .
העולם פרעגן די קשיא :פון פרה אדומה לערנט מען דאך ארויס
אז מ'גייט נאך רוב ,איז אויב אזוי זאל מען בטל ווערן ברוב אומות.
און וואס איז טאקע דער תירוץ אויף די קשיא?
ַאלע פּרה אדומה'ס זענען געווען על דעת משה רבינו
ישמח משה ָ
זאגט )פ' חקת ד"ה עוד שם במדרש( ,אויפ'ן פסוק דער
'ויקחו אליך פרה אדומה' ,שטייט אין מדרש )במדבר רבה פי"ט
ס"ו(' :כל הפרות בטילות חוץ משל משה' .זאגט ער ָ
דארטן ,אז דער
עיקר זאך וואס א מצוה טוט אויף ,איז די 'כונת המצוה' .ווען א
איד איז מקיים א מצוה און ער איז דערביי מכוון אזויווי ס'דארף
צו זיין ,טוט דאס אויף אין די עולמות עליונים אזויווי דאס דארף
טאקע אויפצוטוןָ .אבער טאמער נישט איז 'מצוה בלא כוונה כגוף
בלי נשמה' .ס'איז גארנישט מיט גארנישט ,א טרוקענע מצוה.
ָאבער נישט יעדער איינער ווייסט דאך די כוונות מכוון צו זיין,
אויב אזוי קען זיך דאכטן אז די מצוה טוט גארנישט אויף.
זאגט דער ישמח משה ַאז אויב מ'טוט א מצוה און מ'האט אינזין
אז מ'איז מקיים די מצוה אויף דעם טעם וואס די פריערדיגע
צדיקים האבן מכוון געווען און אויף זייערע כוונות טוט מען די
מצוה ,דעמאלט ווערט עס גערעכנט על דעתם ועל כוונתם!
מיט דעם טייטשט ער דעם מדרש 'כל הפרות בטילות חוץ משל
משה' ,פארוואס? ווייל 'לך אני מגלה ולאחרים חקה' ,זעט
מען דאך פון דעם אז קיינער ווייסט נישט דעם טעם נאר משה
מאמר ה' § אמרא טבא קטז
רבינו ,און אז קיינער ווייסט נישט דעם טעם נאר משה רבינו האט
זיך יעדער איינער געמוזט פארלאזן אויף די כוונות וואס משה רבינו
האט מכוון געווען.
קומט אויס פון דעם ַאזוי :ווען ס'איז געקומען די שפעטערדיגע
דורות ,און מ'איז געגאנגען מאכן דעם פרה אדומה האט
דאך קיינער נישט געוואוסט דעם טעם ,און יעדער האט געזאגט אז
ער האט געמאכט דעם פרה אויף דעם טעם שכיוון בה משה רבינו,
איז דאך משה רבינו געווען שפתותיו דובבות בקבר ,האט מען
מעורר געווען חיות פאר משה רבינו אין קבר ,האט משה רבינו
מ'האט אים מצרף געווען צו דעם דור.
ָ געלעבט מיט דעם דור און
פארלאזן אויף משה רבינו ווערן אידן נישט בטל
דורך זיך ַ ָ
שטן און די אומות העולם קומען זאגן אז אידן זאלן בטל דער
ווערן ברוב ,זיי טענה'ן 'כי אתם המעט מכל העמים' .איז
לכאורה פארוואס פרעגן זיי טאקע פונקט נאר די טעם פון פרה
אדומה? ווייל אויב פרה אדומה האט נישט קיין טעם נאר ס'איז א
'חק' ,מוז מען זיך דאך פארלאזן אויף דעם טעם פון משה רבינו,
און אז מ'פארלאזט זיך אויף משה רבינו איז מען מעורר חיות אין
משה רבינו ,קען מען אים מצרף זיין צום דור און אידן ווערן נישט
בטל .טאמער אבער פארשטייט מען אליינס דעם טעם ,מ'איז אליינס
קלוג' ,אמרתי אחכמה' ,מ'פארשטייט אליינס ,מ'קומט נישט צו משה
רבינו ,און מ'גייט לויט'ן אייגענעם שכל ,איז דאך דא א חשש אז
מ'זאל בטל ווערן.
דערפאר ווילן די שטן און די אומות העולם אז מ'זאל יא זאגן
ַ
דעם טעם פון רבי משה הדרשן ,זיי ווילן נישט אז
קיז אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
מ'זאל זאגן אז ס'איז א 'חק' און ַאז מ'מוז זיך פארלאזן אויף משה
רבינו ,ווייל דורכדעם קענען זיי טענה'ן אז אידן זאלן בטל ווערן
ברוב.
פארדעם איז 'השטן ואומות העולם מונין את ישראל מה המצוה
הזאת' ,זיי קומען פרעגן וואס איז די מצוה? מ'מוז דאך
נאכגיין נאך רוב? 'ומה טעם יש בה' ,זיי ווילן ַאז אידן זאלן זאגן
דעם טעם ,ווייל אז ס'איז נישט דא קיין טעם זעה איך אז דאס איז
א חק און מוז מען זיך פארלאזן אויף משה רבינו ,איז מען דאך
אים מצרף צו דעם דור ,און אז מ'מוז אים מצרף זיין צום דור
ווערן אידן נישט בטל.
ַאז מ'גייט ָנאך די פריערדיגע – שטייט מען פעסט
אשוּ ֶרנּ וּ ,אני
מגּ ָבעוֹ ת ֲ ׁ
אראנּ וּ וּ ִ ְ
צרים ֶ ְ ֶ
מראש ִ 6
געזאגטִּ :כי ֵ ֹ ׁ
ָ בלעם האט
מסתכל בראשיתם ובתחילת שרשיהם ואני רואה אותם
מיוסדים וחזקים כצורים וגבעות הללו ,ווען ער קוקט צוריק זעט
ער אז ס'איז פעסט .וואס הייסט ס'איז פעסט? ער זעט אז מ'גייט
אויפן דרך פון די פריערדיגע .און אז מ'איז מכוון די כוונות פון
זאגט
די פריערדיגע ,דעמאלס איז מען פעסטַ ,אזויווי רש"י ָ
'מיוסדים וחזקים' אויף פעסטע יסודות 'כצורים וגבעות הללו' ,ווייל
גארנישט! נאר אז מ'ווייסט אז מ'דארף נאכצוגיין
אליינס איז מען ָ
די פריערדיגע ,זיך סומך זיין אויף די פריערדיגע ,און גיין אויפ'ן
דרך פון די פריערדיגע ,דעמאלס איז מען פעסט!
רבע
מספר ֶאת ֹ ַ
יעקב וּ ִ ְ ּ ָ
עפר ַ ֲ ֹ אויף דעם זאגט ער ווייטערִ :מי ָ ָ
מנה ֲ ַ
ראל ,און רש"י רעכנט אויס אז איינס פון די מצות ָ
וואס יש ָ ֵ
ִ ְׂ
מאמר ה' § אמרא טבא קיח
האט
מען איז מקיים מיט עפר איז די מצוה פון אפר הפרה .בלעם ָ
געזאגט וויאזוי זע איך דעם 'כי מראש צורים אראנו ומגבעות
ָ
אשורנו'ַ ,אז ווען מ'גייט נאך די פריערדיגע איז מען פעסט? ווייל
'מי מנה עפר יעקב' ,ווער קען ציילן די אפר הפרה וואס זיי זענען
מקיים? סתם אזוי קען מען ציילן ווער ס'איז א מועט און ווער
ס'איז רוב ,אבער פון אפר הפרה זעט מען אז מ'איז מכוון די כוונות
פון משה רבינו ,איז דאך שייך דער ענין פון 'כל קבוע כמחצה על
מחצה דמי' ,איז דאך נישט שייך נאכצוגיין נאך א מועט אדער נאך
א רוב.
דעם קען מען זאגן פשט אין דער משנה' :עתיד הקב"ה מיט
להנחיל לכל צדיק וצדיק שלש מאות ועשרה עולמות' .וואס
מיינט מען 'צדיק וצדיק'? לענינינו קען זיין ,אז דאס מיינט מען די
צדיקים וואס זענען שוין אויפ'ן עולם האמת ,ווי דער ייטב ּפנים
טייטשט 'יזכרם אלקינו לטובה עם שאר צדיקי עולם' ַאז מ'איז
מצרף די צדיקים פון יענער וועלט מיט די צדיקים פון דער וועלט,
ביידע אינאיינעם.
גאראנטיע – וויסן ַאז 'הראשונים כמלאכים'
אונזער איינציגער ַ ַ
האב געקלערט צו זאגן דעם יסוד פאר בחורים ,ווייל דאס איך
דארף צו זיין א יסוד אויף א גאנצן לעבן! דאס וואס שלמה
אחכ ָמה ְוהוּ א ְרחוֹ ָקה',
אמרתי ֶ ְ ָ ּ
געזאגט )קהלת ז ,כג(ִּ ְ ַ ָ ' :
ָ המלך האט
טאמער קלערט מען" :איך וועל אליינס זיין קלוג ,איך וועל אליינס
טאן" ,דעמאלס
פארשטיין ,און איך ווייס אליינס וואס מען דארף צו ָ
'והוא רחוקה'.
קיט אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
דער פעטער ז"ל פלעגט ָ
נאכצוזאגן )עי' דברי יואל ויקרא עמוד
ָ אזויווי
סה( אויפ'ן מאמר חז"ל )שבת קיב ,ב(' :אם הראשונים
כמלאכים' ,אויב ווייסט מען אז די ראשונים זענען ווי מלאכים און
מ'וויל זיך נישט אוועקרירן פון זייערע דרכים ,דעמאלס איז 'אנו
כבני אדם' ,קען מען זיך כאטש האלטן ווי בני אדםָ .אבער טאמער
האלט מען אז 'ראשונים כבני אדם' ,און מ'קען אויף זיי מחולק
זיין ,און מ'קען זאגן אז די זאכן טוישן זיך ח"ו ,ס'איז נישט ממש
אזוי ווי ס'איז געווען אמאל ,נאר ס'איז אנדערש פון וואס ס'איז
געווען ,דעמאלס איז 'אנו כחמורים' .אזוי פלעגט ער צוזאגן.
ב
די איסורים הנוראים פון השתתפות בבחירות
די בחירות הטמאות איז ַא חלק פונעם חורבן ביהמ"ק
איך זאג די ווערטער דא ,ווייל מ'קוקט אן די מצב ווי מ'שטייט
האט זיך אנגעהויבן דער
היינטיגע צייטן .אין חודש תמוז ָ
יאר' ,כל דור שלא נבנה בית
דאס גייט ַאזוי יעדעס ָ
חורבן ביהמ"קָ .
יאר
המקדש בימיו כאילו נחרב בימיו' )ירושלמי יומא פ"א ה"א( .יעדעס ָ
ווען ס'קומען די טעג פון שבעה עשר בתמוז און בין המצרים,
הייבט זיך אן צוריק אויפצופרישן דער חורבן.
ס'האט זיך אזוי געפירט ,אז אין דעם חודש וועט פארקומען אין
דאס קומט
ארץ ישראל די וואלן ,וואס יעדעס מאל ווען ָ
פאר איז עס ַא פרישער חורבן .אפשר האט זיך דאס צוגעפירט ַאזוי,
אז ס'איז נקבע געווארן די וואלן אין די דריי וואכן ,טאקע אין
מאמר ה' § אמרא טבא קכ
דעם צייט פונעם חורבן .נישט אומזיסט איז דאס אזוי אויסגעקומען,
ווייל דאס איז א חלק פונעם חורבן!
ספה"ק ויואל משה -דער בירור הלכה לאמיתה של תורה
מיר אלע ווייסן אז דער פעטער ז"ל האט זיך מייגע געווען און
ס'האט אים גענומען א לאנגע צייט ביז ער איז נאכגעגאנגען
'לעומקן של דברים' און ער איז ארויסגעקומען מיט א 'בירור הלכה
לאמיתה של תורה' ,לגבי דעם הארבן איסור פון השתתפות
בבחירות.
ס'איז אים נישט אזוי לייכט ָאנגעקומען .אז מ'נעמט די גמרא און
מ'קוקט אריין אינעווייניג טרעפט מען דאס נישט קלאר אין
דאס זעלבע אז מ'נעמט א שלחן ערוך טרעפט מען
דער גמרא ,און ָ
קלאר אין שו"ע .דאס איז א זאך וואס מ'האט געדארפט
ָ עס נישט
יורד זיין לעומקה של הלכה! וכך הוא דרכה של תורה – מען גייט
צו צו א זאך פונעם 'שורש הענין' ,ביז ס'ווערט נתברר ונתלבן דער
ענין להלכה און ס'ווערט קלאר 'קילורין לעינים' .האב איך זיך
אויפגעצייכענט עטליכע ענינים ַאז מ'זאל אביסל פארשטיין וואס
דאס רירט אן.
פארא הארבע ענינים ָ
ַ ַ
דער איסור פון 'מרידה באומות'
הארבע שבועות
די דריי ַ
ערשטע זאך וואס ווערט נתברר אין ספה"ק ויואל משה איז די
דאס ענין פון שלש שבועות .דער יסוד איז א גמרא אין מסכת
קכא אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
כתובות )דף קיאַ (:אז דער אויבערשטער האט באשוואוירן די אידישע
קינדער ווען זיי זענען געגאנגען אין גלות' :שלא ידחקו את הקץ',
'שלא ימרדו באומות' ,און 'שלא יעלו בחומה'.
דעם ערשטן העלפט ספר ,אינעם מאמר שלש שבועות) ,סימן אין
לפול ,צו מסביר
י-כד( לאזט זיך דער רבי אריין אין א טיפן ּפ ּ
זיין וואס איז דער פשט פון 'לא ימרדו באומות' ,און וואס איז דער
פשט פון 'שלא יעלו בחומה' ,ביז ער איז מברר דאס ענין .אבער
נאכדעם
ַאצינד איז די שאלה :נאכדעם ווען ס'איז שוין דא דער זאךָ ,
וואס די מדינה שטייט שוין ,מעג מען האבן א חלק און זיין דערין
ָ
א שותף ,אדער נישט?!
פולקאמע שותפות רח"ל
ָ אויך ָנאך די הקמת המדינה איז עס ַא
איז שוין אויסגעקומען צו רעדן און זיך מתווכח זיין מיט מיר
אזעלכע מענטשן וואס האבן די זאכן קיינמאל נישט געהערט,
און די ערשטע זאך פרעגן זיי :די מדינה עקזיסטירן דאך שוין
אזויפיל יארן ,ווי שטעלט מען דאס צו היינט צו דעם איסור פון
'מרידה באומות'?
אז מ'קוקט אריין אינעווייניג אין ויואל משה פארשטייט אבער
דאס זייער גוט .ער זאגט דערויף א משל :מ'זאל זיך
מען ָ
מיסיאנערן ,עובדי עבודה זרה
ָ פארשטעלן אז ס'איז דא א באנדע
ממש ,און ס'איז געווארן פון זיי א מדינה ,און זיי עקזיסטירן מיט
א שטארקע מדינה ,מיט אלע מפרשים און אלע צוגעהערן .איז דען
דא א שאלה צו מ'מעג זיך מיט זיי משתתף זיין מיט דער טענה
דאס נישט געמאכט ,די זאך איז שוין געווען פאר
האב ָ
אז "איך ָ
מאמר ה' § אמרא טבא קכב
געמאכט"?! יעדער בר דעת פארשטייט אז אויב מ'איז
ַ האב עס
איך ָ
זיך משתתף מיט זיי ,איז נישט קיין נפקא מינה צי ס'איז 'מתחילת
אלעמאל איז דאס א
ָ ברייתו' ,צי מ'איז זיך שפעטער משתתףַ ,
שותפות צו עבודה זרה!
די זעלבע זאך איז דא אויך ,ווען מ'איז זיך משתתף מיט די ציונים:
געהאט א שייכות דערמיט
ַ וואס איז א נפקא מינה צי מ'האט
פון אנהויב אדער הערשט שפעטער? נט
דאס איז חוץ מזה וואס די רעליגעזע פארטייען האבן געהאט א
ָ
חלק אויך אינעם התייסדות המדינה!
דער איסור פון 'עבודה זרה'
דער חיוב פון מאבד זיין עבודה זרה אין ארץ ישראל
צווייטע נקודה וואס דאס רירט אן ,איז דער ענין פון עבודה א
זרה .מ'הערט רעדן אז ווער ס'איז זיך משתתף מיט די בחירות
איז 'ביהרג ואל יעבור' .לכאורה ווייסן מיר אז אויף די דריי עבירות
איז דא אן איסור פון יהרג ואל יעבור ,איז פארוואס עפעס איז דאס
אויך ביהרג ואל יעבור?
נט .ספה"ק ויואל משה סימן פז :וזה ודאי שאין טענה לומר דכיון שנעשתה התועבה
הזאת ע"י כת של מינים ואפיקורסים שאינם צייתים לקול חכמים ולתוקף אזהרת
התוה"ק מותר אח"כ להשתתף עמהם ,כמו שאין טענה לומר על כנופיא של ע"ז כמו
מיסיאנערן וכדומה דאף שכבר נעשו ועשו גדולות ונצורות לכבוש רוב העולם ויש להם
ממשלה חזקה ,גם הראו מופתים נוראים כמבואר בגמרא ע"ז דף נ"ה ,הכי יעלה על דעת
איזה מאמין בהשי"ת להשתתף עמהם ,ומכש"כ בכתות של מינים ואפיקורסים שהוא
גרוע הרבה יותר מע"ז ,כמבואר בגמרא וברמב"ם ובכל הפוסקים ושאני מינות דמשכא.
קכג אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
דער תירוץ איז ,ווייל ס'רירט אן דער ענין פון עבודה זרה! די
מדינה איז נתייסד געווארן אפצוהיטן אלע גלויבנס -אז
מ'רעדט פון אלע גלויבנס מיינט דאס די קאטוילישע און די
פראטאסטאנטישע און די מאחמאדאנישע און וואס נאך ס'איז נאר
פארהאן -ס'איז דא א מצות עשה פון 'אבד תאבדון' ,אז מ'איז כובש
ארץ ישראל דארף מען אלע עבודה זרה'ס מאבד זיין ,און אויב נישט
איז דאס אן ענף פון עבודה זרה ,קומט אויס אז ווער ס'איז זיך
משתתף אין דער מדינה ,דער נעמט א חלק אין די עבודה זרה ס!
אויפהאלטן עבודה זרה אין ארה"ק
ַ יעדער חבר הכנסת שטימט צו
ענין פון עבודה זרה איז דאך אזא האקעלער ענין! יעדע דער
רעגירונג ַארבעט מיט א בודזשעט -פונקט ווי יעדע פירמע
האט א בודזשעט .און יעדער בודזשעט ווערט איינגעטיילט אויף
כמה וכמה ענינים; אזויפיל און אזויפיל געבט מען אויס פאר
ּפ ָאליציי; אזויפיל פאר דער פאסט; אזויפיל צו בויען הייזער;
אזויפיל פאר טיטשערס; א.א.וו .יעדע זאך ווערט איינגעטיילט.
דעפ ַארטמענט מיט'ן
ּ דא א רעליגעזע
דער מדינה איז אויך ָ אין
דארט ווערט איינגעטיילט דער
וואס ָ
ָ נאמען 'משרד הדתות',
ָ
ס .עיין באריכות בירור סוגיא זו ,בספה"ק ויואל משה סימן צ – צח ,ומסיק שם:
והיוצא לנו מזה שהכובשים ארץ ישראל עם הע"ז שבתוכה ומחזיקים ממשלתם
על כל בתי הע"ז ואינם מאבדים אותם ,יש להם בזה דין עובדי ע"ז ...וא"כ אלה הרשעים
שלא די שאינם מאבדים את הע"ז שתחת ממשלתם אלא אדרבה מתקנים אותם
ונותנים להם כל עניני כבוד ובונים בתי ע"ז חדשים ,וגם הועמד מטעם הממשלה משרד
הדתות שנקרא בלשון רבים לכלול כל הדתות ,שמשמרתם לתקן כל הדתות ...ואין שום
ספק כי אף בשביל עון זה בלבד יש לאותה הממשלה דין ממשלת ע"ז שהוא ביהרג
ואל יעבור ...ואם כן כל המשתתפים בממשלה זו המה שותפים לע"ז ועוברים בזה על
איסורא דיהרג ואל יעבור.
מאמר ה' § אמרא טבא קכד
בודזשעט פאר ַאלע רעליגיעזע ענינים פון דער מדינה ,און דער
זאכן .דער רבי שרייבט אין ויואל
'משרד הדתות' פירט ָאן די ַאלע ַ
משה אז 'דתות' איז א לשון רבים ,וואס דאס מיינט "אלע רעליגיעס
פון דער מדינה"!
דאס
מאל ווען די מדינה פירט דורך ַא בודזשעט ,ווערט ָ
ָ יעדעס
זאכן פון דער מדינה .און ווען
איינגעטיילט פאר ַאלע ַ
באשטימען ַאז אזויפיל
דאס ַ
ס'קומט אפשטימען דעם בודזשעט טוט ָ
און אזויפיל זאל מען געבן פאר דעם ,און אזויפיל זאל מען
אויסגעבן פאר דעם .דאס הייסט אז אידן שומרי תורה ומצות טוען
אפשטימען א געזעץ אז אזויפיל און אזויפיל עבודה זרה'ס זאל
מען אויפבויען; אזויפיל און אזויפיל קלויסטערס זאל מען
יאר; אזויפיל
אויפבויען; אזויפיל עבודה זרה וועט מען דינען דאס ָ
געלט געבט מען אויס פאר טיטשערס וואס לערנען דברי כפירה
וניאוץ אין השי"ת ,און אזויפיל און אזויפיל געבט מען אויס פאר
די אלע דברי זוהמא.
אפגעשטימט, און ווען ָ
דאס קומט ָאן צום פארלאמענט ווערט עס ָ ּ
און ווער הייבט אויף די הענט דאס אפצושטימען? די אלע
וואס זענען זיך משתתף אין דער רעגירונג! ווייל די אלע שטימען
פאר'ן בודזשעט פון דער רעגירונג.
דאך ַ
ָ
דאס הייסט אזוי ,אז אידן וואס זאגן "שמע ישראל" טוען שטימען
פאר מיליאנען דאלארען וואס גייט פאר עבודה זרה ,גילוי
עריות ,און שפיכת דמים .דאס רירט אן עבודה זרה ממש! נישט
אזוי 'מיט דריידעלעך' ,נאר פשוט עבודה זרה ממש!
קכה אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
'דעמאקראטיע' ביי אידישע קינדער
ָ ַ דער איסור פון
האבן ערבות אויף ַאנדערע
אידן זענען מחויב צו ָ
ַא נקודה ווערט בארירט אין ספה"ק ויואל משה :דער ענין נאך
ָ
זאך' .איש
'דעמאקראטיע' איז זייער א שיינע און א פיינע ַ
ַ ָ פון
כל הישר בעיניו יעשה' ,יעדער איז ביי זיך אין שטוב דער אייגענער
בעל הבית ,קיינער זאגט נישט קיין דעות פארן צווייטן.
דאס איז זייער גוט פאר אומות העולם ,אבער ביי אידן איז אזא
פארהאן! דער כלל איז ַאז 'כל ישראל ערבים זה
ַ זאך נישט ַ
לזה' ,און אויף דעם זענען נכרת געווארן כמה 'כריתות' און 'ערבות'.
פאר'ן צווייטן,
'יא' צו זאגן דעות ַ
ַאלע אידן האט זיך פארפליכטעט ָ
'יא' צו זאגן מוסר
'יא' צו שטערן א צווייטן פון א עבירה ,און ָ
און ָ
פאר א צווייטן אויב ער איז נישט מקיים קיין מצוהָ .אבער אויף
האבן די חברי הכנסת אונטערגע'חתמ'ט אינעם "מגילת
ָ דעם
דאס נישט טון!
העצמאות" אז זיי וועלן ָ
זאגט דער רבי ,אז דאס איז אן ָאפענער 'הרמת יד' אין דער תורה
הקדושה! און ָאט דער געזעץ ווערט אפגעשטימט אין זייער
ארלאמענט ,און דאס איז טאקע מחייב יעדן פון זיי עס
ַ ּפ ַ
אויסצופירן! סא.
סא .וז"ל )מאמר א' סימן ק'( :וכעין זה ראיתי בעת התחלת התייסדות המדינה ,שהדפיסו
אז בעתון האגודאי שנדפס אז פה את נוסח הכתב שחתם עליו ראש האגודה
שמקבל עליו בערבות שלא לכוף שום ישראל לקיום התוה"ק .ונשתוממתי על המראה,
מאמר ה' § אמרא טבא קכו
דער איסור פון 'חוקי עכו"ם'
די חברי הכנסת זענען מייקר שם אלילים
נאך א ענין וואס ער בארירט ,בנוגע דעם איסור פון בחירות ,איז
דער ענין פון ערכאות.
יעדער איינער ווייסט וואס רש"י זאגט אויפ'ן ּפסוק )שמות כא ,א(:
'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' ,אז ווער ס'גייט
בערכאות עכו"ם איז 'מייקר שם אלילים' .רש"י רעדט דארט ווען
דארט ,וואו מען מאכט
איינער גייט בערכאות ,און כל שכן וכל שכן ָ
די ערכאות עכו"ם .עס גייען אריין אידן שומרי תורה ומצות ,און
זיצן און מאכן די חוקי עכו"ם ,אוודאי איז עס מייקר שם
אלילים! סב.
הלא מבואר בגמרא סוטה דף ל"ז הרבה אלפים בריתות ואלות שקבלו עליהם ישראל
במעמד הר סיני ובאוהל מועד ובהר גריזים ובהר עיבל בשביל הערבות וערבא דערבא,
והערבות הוא לעשות כל מה שבידו לכוף את ישראל לקיום התוה"ק ,ועיי"ש בתוס'
וברמב"ן בפסוק ארור אשר לא יקים ,והאיך אפשר ליתן כתוב וחתום בפירוש ההיפך
ממה שנתקבל בקבלת התורה בהר סיני...
והנה חוק הדעמוקראציא הוא טוב לאומות העולם שלא קבלו את התורה ,אבל ישראל
שקבלו את התוה"ק באלפים בריתות ואלות על הערבות לכוף את חבירו על קיום
התוה"ק הוי חוק הדעמוקראציא בעניני דת ,כפירה בתוה"ק ומינות גמורה ר"ל ,וחלילה
לישראל להשתתף או אפילו ליתן הסכמה כל דהו להנהיג בישראל חוק הדעמוקראציא
לכפור בתוה"ק ,וק"ו ליתן כתוב וחתום שמקבל על עצמו אותו החוק הכופר בתוה"ק...
והמבין יוכל להבין גם מזה עד היכן הדברים מגיעים השוחד העצום של הרצון להיות
מאוכלי שולחנם של אותה המלוכה הבזוי' והשפלה שמסמא עינים עד קצה האחרון
בכל דבר שבקדושה.
סב .וז"ל )מאמר א' סימן קא( :הנה ידוע גודל האיסור לילך בערכאות עכו"ם ,וכתב רש"י
ז"ל בפרשת משפטים דהוא מייקר שם אלילים .ולשון הרמב"ם סוף הלכות סנהדרין
והטור וש"ע סימן כ"ו דהוי כאלו חירף וגידף והרים יד בתורת משה ...וכ"ז מיירי אף
קכז אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
דער איסור פון ַ'אריינגיין אין ַא בית המינים'
טאר מען נישט ַאריינגיין אין ַא מקום סכנה
אפילו במקום סכנה ָ
נאך אן ענין רעכנט ער דארט אויס -דאס וואס ר' טרפון זאגט
)שבת קטז (.אז מען טאר נישט אריינגיין אין א בית המינים,
אפילו 'נחש רץ אחריו להכישו' איז דא אן איסור! אפילו דארט
וואו ס'איז ממש פיקוח נפש טאר מען נישט אריינגיין אין א הויז
וואו מינים זיצן דארטן צוזאמען ,און אויף דעם דארף מען האבן
ממש מסירות נפש.
וואו איז נאך פארהאנען א מקום וואו ס'קומען זיך צוזאמען אזויפיל
מענטש לשם מינות ווי דער פארלאמענט ,דער כנסת המינים.
ווי איז דא א היתר אהין אריינצוגיין? סג
ביחיד שהולך לדיני עכו"ם לטובתו ולהנאתו ...כל מקום הוי כמו חירוף וגידוף,
ולפי זה המחוקקים חוקי עכו"ם לכוף את ישראל לחוקיהם בכל דבר ,הן בדיני ממונות
ונפשות ועריות ...זה גרוע הרבה יותר מהילוך בערכאות בשביל תאות ממונו ,דאילו
כשהולך בערכאות בשביל תאות הממון אינו אלא כחירוף וגידוף בכ"ף הדמיון ,אבל זה
הוא חירוף וגידוף ממש ...וברור שיש בזה הענין בלבד איסורא דיהרג ואל יעבור ,מלבד
האיסורים האחרים שיש בזה שדינם כך כמו שכתבתי למעלה .וכל חברי אותה הכנסת
שנתייסדה בחוקים האלה המה שותפים באיסור הנורא הזה ,והיעלה על הדעת שיהי'
בזה איזה היתר להשתתף עמם.
סג .וז"ל )מאמר א סימן ק"ה( :והנה זה ודאי שאותו "בית הכנסת" הוא בית מינים ,שמלבד
שיותר מתשעים אחוז המה מינים ואפיקורסים גמורים לכל הדיעות ,מתכנסין לשם
בדעה זו לחשוב מחשבות באיזה אופן לעקור תורה ח"ו ,וכל התייסדותה של אותו
הכינוס הממשלתי עם כל חוקי' ומשפטי' מעשי' ועניני' הכל הוא כפירה גמורה בתוה"ק,
ומשם מאותו הבית והכינוס מתפשט מינות וכפירה לכל העולם ,ובפרט לארץ ישראל,
ובחוקי החינוך היוצאים מאותו הכנסת מטמאים כל הילדים במינות וכפירה ר"ל ,ובשארי
עניניהם וחוקותיהם מטמאים רוב העם הקטנים עם הגדולים ,וצריכין לרחמי שמים
מאמר ה' § אמרא טבא קכח
דער איסור פון 'מכשיר זיין די טומאה פון ציונות'
ַא 'הכשרה' פאר דער מדינה הטמאה
נאך א נקודה וואס ער רעכנט אויס -אז מיט דעם וואס מען שיקט
אריין 'נציגים' אויף דעם מקום איז מען מכשיר דאס גאנצע
ציונית! ס'ווערט פארגעסן אז ס'איז געווען א קאמף וואס רוב גדולי
באקעמפט; זיי האבן איינגעזען אז ציונית איז א
ישראל האבן דאס ַ
שנאה עמוקה צו דת ישראל; זיי האבן געזען אז דאס וועט
אונטערברענגען א גרויסע טייל פון דת ישראל; און אז מ'גייט אהין
הייבט מען זיך אן צו חבר'ן מיט די רשעי ישראל און מ'איז מכשיר
די גאנצע זאך סד.
להותיר לנו שריד ,ממש לא הי' בית מינות כזה בעולם מיום הוסדה ארץ ,וא"כ הכניסה
שם בלבד אף אם אינו עושה שם מאומה ואינו משתתף עמם כלל הוא חמור מאד,
כמבואר בגמרא שבת דף קט"ז שאפילו אדם רודף אחריו להורגו ונחש רץ אחריו
להכישו נכנס לבית ע"ז ואינו נכנס לבתיהן של אלו וכו'.
ועוד האריך שם בויוא"מ בבירור הסוגיא ומסיק בסימן ק"ח :ומעתה ניחזי אנן בנ"ד בדין
כניסה לבית המינים שקורין אותו כנסת ...אם הוא באופן חשיבות ועילוי להם הוי לכו"ע
באיסורא דיהרג ואל יעבור ,כמבואר כ"ז לעיל .אשר ע"כ הנכנסים לשם ליתן להם עילוי
וחשיבות של שרי מלוכה הוא איסורא שאסור לעשות כן אף בשביל להנצל מהריגה,
ומכש"כ אלו ההולכים שם להשתתף עמם ולהתקשר עמהם בשבועה ונותנים הודי' לחלקם
שזכו לאותה המלוכה ר"ל ,כבר בתחלת הכניסה בלבד עוברים באיסורא דיהרג ואל יעבור.
סד .וז"ל )מאמר א' סימן קי( :והאחרון הכביד שע"י שמשתתפים גם שומרי תורה ומצות
בתוך אותה המלוכה השפלה של הציונות הטמאה ר"ל ועובדים אתם יחד בשירות
עניני המלוכה ,מלבד שעוברים באותה המעשה על הרבה איסורים נוראים שכל אחד
ואחד מהם הוא ביהרג ואל יעבור ,כאשר נתבאר למעלה ,אבל עוד חמור יותר שע"י
השתתפותם עמהם מכשירין את מעשה הציונות בפני כל העולם עד שבעוה"ר נעשה
כל העולם מוכשר לקבל טומאה ,בחושבם התירו פרושים את הדבר ,וח"ו מה שכל
הצדיקים וקדושים בכל הדורות הרעישו עולמות במס"נ נגד מעשה הציונים ח"ו תעו
מן הדרך אלא הכופרים הטמאים שטמאו את כל העולם כולו במינות וכפירה כוונו אל
קכט אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
דער איסור פון 'מחפה זיין אויף רשעים'
דאס רשעות
פארשווייגט ָ
מען ַ
ווידער רעכנט ער אויס ַאן ענין -אז מיט דעם וואס מ'גייט אהין
איז מען מחפה אויף די רשעים ,און אויף אלע זאכן וואס
אפגעטון .ווייל מ'הייבט אן אפצומאכן סודות
ס'ווערט דארטן ָ ּ
אונטער'ן טיש און אויפ'ן טיש ,וואס מ'מעג יא אויסזאגן און וואס
מ'טאר נישט אויסזאגן ,און מען וויל אז מ'זאל דאס פארשווייגן
מ'זאגט ַאז "ס'איז
ָ גאס .ממילא הייבט מען אן מחפה צו זיין,
אין די ַ
נישט אזוי געפערליך; ס'איז אביסל איבערגעטריבן; מיר גייען שוין
העלפן; ס'איז שוין כמעט ווי ערלעדיגט"...
און דער עיקר איזַ ,אז מען ַארבעט אויף מענטשן אז מ'זאל זיין
שטיל ,ווייל מ'זאגט פאר יעדן" :זארגטס ענק נישט ,ס'איז דא
מענטשן וואס נעמען קעיר ,אלעס וועט זיין אין ארדענונג ,אז נישט
מארגן" ...ביז ס'גייט אריבער א טאג נאך א טאג,
היינט וועט זיין ָ
און א וואך נאך א וואך ,ס'ווערט חדשים און יארן ,און ס'ווערט
פארשטייער פארדרייען די קעפ פונעם ציבור,
גארנישט געטון ,די ָ
צוליב זייערע אינטערעסן! סה
האמת והן המה מצילי ישראל וגואלם ,כאשר נתברר שגם שומרי תורה ומצות נהנים
ומתחממים מהם ,ומאי אהני לן רבנן בדורות הראשונים שעבדו השי"ת בכל לבם ומסרו
נפשם לקבוע אמונה בלבות בני ישראל והזהירו להתרחק מפתח ביתה של המינות כדת
וכהלכה ...ועתה שומרי תורה ומצות מתאמצים ליכנס ביניהם ולקחת חלק בתוך אותה
השררה שהמציאו בדרך המינות ומלחכי פינכא של הציונים.
סה .וז"ל )מאמר א' סימן קי"ג( :וחוץ לזה הנה לא מסתפק שום אדם כי אותה המלכות
מעברת על הדת וחפצה לעקור האמונה וכל התורה כולה ,וכמו שהעיד החכם מכל
מאמר ה' § אמרא טבא קל
'אפּשוואכן דעם כח המלחמה'
ַ דער איסור פון ָ
פארלירן דעם כח
מאכט ַ
פּארטיי ַ
ַא ַ
ווידער ברענגט דער רבי אן ענין -אז ווען נישט וואס די אגודה
און די מזרחי וואלטן זיך באטייליגט אין די כנסת ,און
האלטן
ס'וואלט ווען געווען פעסט אז צענדליגער טויזענטער אידן ַ
זיכער אז "ניין! מיר האבן נישט קיין שייכות מיט קיין שום זאך
וואס האט שייכות מיט ציונית!" וואלט די רעגירונג בעל כרחם זיך
געמוזט רעכענען מיט אזויפיל מענטשן ,און כאטש זיי זענען נישט
קיין רוב וואלט מען זיי געדארפט נאכגעבןָ .אבער טאקע וועגן דעם,
ווייל מ'גייט אריין אינעווייניג ,שוואכט מען אפ דעם כח!
דאס איז ַא שטארקע סברא ָ -
וואס ער זאגט אז צוויי פון די מזרחי ָ
פירער האט אים מודה געווען אז ס'איז אן אמת'ע זאך -און
אדם במשלי ד' פסוק ט"ז כי לא ישנו אם לא ירעו ונגזלה שנתם אם לא יכשילו ,וכמו
שנתברר מכמה דורות שזה כל תאוותם ,אלא שמפחדים קצת מן העולם ...אבל כיון
שכל מפלגות הדתיות המה שותפים באותו המגבית ,גם האגודה משתתפת בכל מיני
גביית הממון שלהם ,והכל נוגעין בדבר ,ומכסין מן ההמון ואין מודיעין להם שבממונם
מעבירין על הדת ,לכן עושין מה שעושין העברה על הדת בעזות וחציפות ,ולא עוד
אלא אפילו כשעושין איזה מחאות נגדם בזעקה וכאב לב נגד העברת הדת וחילול ה'
ותורתו הקדושה ,שבושים בזה בפני העם ובפני האומות ...אבל דא עקא שכל הדתיים
המשתתפים עם מלכות המינות ,והאגודה בתוכם ,מחפין עליהם ועומדין על ימינם
להצילם מכל נזק והפסד ובושה ...בזה ודאי נותנים להם כח וחיזוק גדול שיעיזו פניהם
יותר להעביר על הדת באין מפריע ואין פחד לנגד עיניהם ביודעם שיש להם דתיים
המהפכין דברי אלקים חיים ,מקיה"ש לחיה"ש ומחיה"ש לקידה"ש ,כהנה וכהנה טענות
שוא והבל שאין לטפל בהם ולהביאם על הכתב ,שאין בהם אלא להחניף לרשעים
שמשתתפים עמם ומקבלים מהם כל מיני שוחד ,עד שעיקר חיותם וקיומם מהם שזה
מסמא עינים עד אין גבול וערך ...וחמור מאד עון המחזיקים ידי עוברי עבירה יותר
מהעוברי עבירה עצמם ,כמבואר ...
קלא אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
ווער ס'פארשטייט אביסל וויאזוי דאס גייט צו ,ווייסט אז ווען
ס'האט צוטון מיט פארטייען און איין פארטיי איז אין קעגנערשאפט
טאר קיין שום פארטיי נישט
ָ דעמאלט
ָ פון די צווייטע פארטיי,
נאכגעבן פאר דער צווייטער ּפ ַארטיי .ווייל אויב יא וועט דאך די
נאכדעם ,ווען
האבן אויפגעטון ,און ָ
צווייטע פארטיי ווייזן אז זיי ָ
וואלן ,וועט די צווייטע פארטיי ווייזן:
ס'וועט קומען די קומענדיגע ַ
"קוק וואס פארא גדולות ונצורות מיר האבן אויפגעטון" ,ממילא
וועט מען באקומען מער שטימען און יענע פארטיי וועט וואקסן,
און דאס וויל דאך נישט די ערשטע פארטיי ,מוז מען טון אזוי אז
זאלן נישט קענען אויפווייזן
זיי זאל נישט קענען אויפטון ,כדי ַאז זיי ָ
וואס מ'טוט אויף סו.
סו .וז"ל )מאמר א' סימן קט"ז( :וכל מי שיש לו מח בקדקדו יוכל להבין ברור כי אלו לא
היו משתתפים האגודה ביניהם ומתחממים מהם ,היו יכולים ללחום יותר בחו"ל
עבור התוה"ק והיו באים לעזרת ה' בגבורים כדת של תורה ,והי' בזה כח גדול של עוד
כמה רבנים וראשי ישיבות ,והי' בזה השפעה יותר גם על ההמון ,ובודאי הי' בזה פעולה
גדולה למנוע אותם מהרבה גזירות ועניני העברת הדת ,ויוכל להיות שאז הי' מועיל
אצלם גם בקשות ותחנונים ,שהיו פונים יותר לדברי יראי ה' מחמת שלא הי' להם חיזוק
כ"כ מכל מיני דתיים .לא כן עכשיו ,שגם האגודה ביניהם ובידם ,ויש להם מזה חיזוק
רב ,הפסידו הכל.
וז"ל שם סימן קי"ז :וחוץ לזה אמרו לי בפירוש שנים ממנהיגי המזרחי שיען שיש
מפלגות דתיות בכנסת קשה להם יותר לפעול בעניני הדת כי אינם רוצים ליתן חיזוק
והתגברות להמפלגות הדתיות ,כי כל מפלגה לפי ערך שהיא מתגברת והולכת מחלשת
המפלגות האחרות ,כי לפי ערך שזה קם זה נופל ,ויודעים המה כי מה שיפעלו בעניני
הדת יהי' להם מזה חיזוק והתגברות הכח יותר ,ורוצים למנוע זה .והנה גם זה אמת
ויציב ,כי אף שרוצים שיהי' ביניהם מפלגות דתיות להכשיר אותם בעיני העולם ,אבל
אינם רוצים שיהיו מפלגות חזקות בתוך הכנסת ,כי לצורך ההכשר די להם אף אם הם
חלשים בתכלית החולשה ,ולכן מלבד שנאת הדת שיש להם עוד נתוסף להם טעם
ונגיעה עצמית שלא ליתן כח למפלגות הדתיות המתערבים עמהם בכנסת ומשתתפים
עמהם בכל דבר ,ואילו לא היו נכנסים שומרי תורה ומצות בתוך פוליטיק של המפלגה
ולא היו מבקשים מהם לא ממון ולא שום גדולה וכבוד אלא הנחה לשומרי תורה בעניני
הדת ,אין ספק שהיו יכולים לפעול הרבה יותר בעניני הדת.
מאמר ה' § אמרא טבא קלב
ראטעווען
אסאך מער געקענט ַ
וואלט מען ַ ַ
פּארטייען ָ
ָאן קיין רעליגיעזע ַ
און אז מ'וויל זען דערצו ַא משל ,קען מען דאס אהערשטעלן צו
דעם מצב אין ַאמעריקע :יעדער איינער ווייסט אז די שווארצע
אין אמעריקע זענען נישט קיין רוב ,זיי זענען א מיעוט .אבער עם
כל זה ,וועט קיין שום פאליטישאן זיך נישט טרויען צו זאגן עפעס
וואס זאל האבן א 'פגם דקה מן הדקה' קעגן א שווארצן ,ווייל ער
שאטן פאר זיין ּפ ַארטייָ .אבער ווען ס'וואלט
ָ ווייסט אז ס'וועט
געווען א שווארצע פארטיי וואלט געווען 'מהיפוך להיפוך'– .
מ'וואלט געוואוסט אז די שווארצע שטימען דאך ממילא פאר די
האבן אויב מ'גיט
שווארצע פארטיי ,אויב ַאזוי וועט מען נאר ריוח ָ
האבן נישט קיין
זאך .אבער אזויווי זיי ָ
נאך קיין שום ַ
זיי נישט ָ
פארטיי שלאגט מען זיך ארום איבער זייערע שטימעס ,און ממילא
באקומען וואס זיי ווילן.
קענען זיי ַ
דער רבי זאגט ַאז צוויי פון די מזרחי האט צו אים מודה און
געווען ,אז ווען ס'וואלט נישט געווען קיין רעליגיעזע
פארטייען וואלט געווען אסאך גרינגער ,ווייל די ציונים וואלטן
געהאט .וואס מ'וואלט געוואלט וואלט מען באקומען.
ַ מורא
ג
פּארטייען
התחברות לרשעים דורך די רעליגיעזע ַ
סארט שותפות אין די מדינה
ס'איז קיין שום חילוק וועלכע ָ
אראפגעברענגט אן אפס קצהו פון די
דא ַ ָ ּ
כ'האב ָ
ָ כל ּפנים, על
מ'דארף ַאריינקוקן און לערנען אינעווייניג.
ַ וואס
יסודותָ ,
קלג אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
וואס מענטשן זענען זיך ָאבער כ'וויל ַארויסברענגען ָ
נאך ַא נקודה ָ
טועה דערין .מען מיינט ַאז דער חסרון פון דער 'אגודה'
צוגעשטאנען צו דער
ַ היינטיגע צייטן ,איז ווייל זיי זענען
דאס איז ַא גרויסער טעות.
'קאאליציע' און צו דער רעגירונגָ .אבער ָ
ָ ַ
ווייל דער גאנצער ספה"ק "ויואל משה" איז געשריבן געווארן מיט
די אלע לשונות -און טאקע מיט די שארפע לשונות וואס ער
שרייבט – בשעת ווען די "אגודה" איז נאך געווען אין דער
'קאאליציע'! אבער מ'קען דאך
ָ ַ 'אפ ָאזיציע' און נישט אין דער
ָ ּ
קאאליציע.
מיינען אז ס'איז ַא נייעס ַאז די אגודה איז ַאריין אין דער ָ ַ
היסטאריעַ ,אז
ָ וויל איך מגלה זיין דעם עולם און דערציילן אביסל
גאנצער סדר אין ארץ
מ'זאל וויסן וויאזוי ס'האט אויסגעזען דער ַ
ישראל .אז מ'ווייסט נישט אביסל היסטאריע פארשטייט מען נישט
וואס ס'שטייט אין "ויואל משה".
די ערשטע בחירות הטמאות -בשנת תש"ט
די מדינה איז געגרינדעט געווארן אין יאר תש"ח .אין תש"ט איז
דעמאלטס זענען
ָ וואלן .די ערשטע וואלן
ַ געווען די ערשטע
געגאנגען אויף איין ליסטע :די 'מזרחי' ,די 'אגודה' ,און די 'פועלי
אגודה' .די אלע דריי זענען געגאנגען צוזאמען ,און ס'האט געהייסן
'חזית דתית'.
דער סדר איז געווען ַאז אין דעם זעלבן ּפ ַארטיי זענען די מזרחי
געגאנגען אויף ליסטע ב' ,די אגודה אויף ג' ,און די פועלי
ַ
אגודה אויף א ד' .און די וואס זענען געגאנגען שטימען האבן
אריינגעשטעלט א צעטעלע וואס דארט איז געווען אויפגעשריבן ב'
ג' ד'.
מאמר ה' § אמרא טבא קלד
וואלן.
ַ די ליסטע האט אנגעהאלטן נאר בשעת די ערשטע ָאט
דעמאלט ביי די ערשטע וואלן איז די אגודה אריינגעטרעטן
ָ
דאס הייסט אז דאס וואס
אין דער קאאליציע פון דער רעגירונגָ – .
זיי זענען היינט אין דער קאאליציע איז נישט קיין נייעס ,דאס איז
שוין איינמאל געווען.
די צווייטע בחירות הטמאות – בשנת תשי"ב
דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז תשי"ב ,דעמאלס איז נולד געווארן
דער פראבלעם פון 'מיהו יהודי' סז .דער דעמאלטס'דיגער ראש
הכופרים האט אוועקגעשיקט בריוון צו גדולי ישראל און להבדיל
צו פראפעסארן זיי זאלן אים גיבן צו פארשטיין דעם גדר פון 'מיהו
יהודי' .אזוי האט זיך עס אנגעהויבן ,און ס'איז באשטאנען איבער
דעם א רעגירונג קריזיס ,און דעמאלס איז געפאלן די רעגירונג צוליב
דעם.
אין תשי"ב איז געווארן נאכאמאל ַ
וואלן .אין די צווייטע וואלן איז
שוין די אגודה נישט אריינגעגאנגען אין דער רעגירונג .פון
דעמאלס אן זענען זיי געווען אין דער אפאזיציע פאר עטליכע
דעמאלט זענען די 'אגודה' מיט די 'פועלי אגודה'
ָ יאר.
צוואנציג ָ
סז .דהיינו שראש הממשלה שר"י קבע שכל גוי שבא ואומר שהוא יהודי – נקבע
בתוך חוק כיהודי גמור ,ואין לדרוש ממנו כל הוכחות אחרות ,אף כאשר לפי הלכה
אין שום סמכות ליהדותו רח"ל.
עיין ספה"ק ויואל משה סימן קי"ג" :וכעת עוד הודיעו לכל הגוים שכל הנכרים יוכלו
להיות יהודים אף בלא תורה ואמונה כלל אלא בחתימה על אגרת שהוא יהודי ,ולא
נמצא כזאת בשום אומה ולשון שלא יתחשבו כלל וכלל עם דתם" .ושם סימן קט"ז:
"ואף ה'מזרחי' שפעלו הרבה לטובת הציונות והמדינה יותר מכל המפלגות ,ואעפי"כ
לא הועילו להם כל הזכותים לפעול אצלם אף דבר קטן ,אף ענין קל של ה'אגרת מי
יהודי' אין בכחם לפעול".
קלה אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
צוזאמען אויף
ַ ווייטער געבליבן מחותנים און זיי זענען געגאנגען
איין ליסטע .ס'האט שוין נישט געהייסן 'חזית דתית' נאר ס'האט
געהייסן 'חזית תורתית' און אויפ'ן צעטל איז געווען א ג' און א ד'.
ָאבער נאכדעם האבן זיך צעקריגט די פירער פון די אגודה מיט
די פירער פון די פועלי אגודה ,די פועלי אגודה האבן זיך
א געווארן זענען זיי און אגודה דער פון אפגעשפאלטן
זעלבסשטענדיגע ּפ ַארטיי .די אגודה איז געבליבן מיט דריי -פיר
בענקלעך ,און די פועלי אגודה איז געבליבן מיט צוויי בענקלעך.
קאאליציע
פאר'ן חטא פון ַאריינגיין אין דער ָ ַ
די מערכה קעגן פא"י ַ
אין תשכ"א האט דער נשיא פון 'פועלי אגודה' ,זיך מיישב געווען
אז ער ווייסט אליין וואס ער זאל טון ,און ער איז
דעמאלט איז
ָ אריינגעגאנגען אין דער קאליציע פון דער רעגירונג.
זאגן.
געווארן אין ארץ ישראל אזא מהומה ,איך קען ענק גארנישט ָ
ס'האבן זיך אויפגעשטעלט אלע רבנים פון די אגודה און מ'האט
ממש מחרים געווען די 'פועלי אגודה' אויף דער עבירה פון
אריינגיין אין דער קאליציע .ס'האט זיך אזוינס געטאן ,ס'איז
דעמאלטס געווען אין בני ברק אן 'עצרת' וואס מ'האט צוזאמגערופן
א פארזאמלונג פון אפשר צען טויזענט מענטשן ,און מ'האט
גע'דרש'נט אויף דער געפערליכער עולה וואס די פועלי אגודה האבן
געטאן אז זיי זענען אריין אין דער רעגירונג.
ס'האט געדויערט נאך אפאר יאר ,און צוביסלעכווייז איז די פועלי
אגודה איינגעשרימפן ,ביז פון זייערע צוויי בענקלעך איז
געווארן איינס ,און פון איינס איז געווארן גארנישט ,און זיי זענען
ארויסגעפאלן פון כנסת.
מאמר ה' § אמרא טבא קלו
קאאליציע
די אגודה טרעט ַאריין אין דער ָ ַ
אזויווי די פועלי אגודה איז ארויסגעפאלן פון כנסת ,איז אין ָ
יאר
נאכאמאל די וואלן ,און דעמאלט איז די
תשל"ז געווען ָ ַ ָ
אגודה אריינגעטרעטן אין די קאליציע .דאס וואס די פועלי אגודה
האבן מיט פופצן יאר פריער געטאן ,און אויף דעם וואס מ'האט
זיי דעמאלס מחרים געווען ,דאס האט זיך שפעטער מיט די צייט
דאס געטון!
האט ָ
איבערגע'חזר'ט ַאז די אגודה ַאליין ָ
געזאגט א תירוץ ,אז ס'איז אויפגעקומען
ָ דעמאלט ָ
האט די אגודה ָ
א נייער ראש הממשלה ,א 'פרומער' ראש הממשלה,
וואס איז 'שם שמים שגור בפיו' .און אויף דער זעלבער זאך וואס
פארשריגן ,האט מען זיך אליינס מכשיר געווען!
מ'האט יענעם ַ
דעמאלטס האט מען געזאגט אז סתם אזוי גייט מען נישט אריין
אין די רעגירונג ,חלילה אזוינס צו טאן ,אבער אז ס'איז דא א ראש
הממשלה א 'דתי' א 'מסורתי' -ווי מ'רופט עס ,אזא 'צדיק' ...ובכגון
דא ווער האט דען געזאגט אז מ'טאר נישט?...
די אגודה בלייבט אין כנסת המינים
לא ארכו הימים ,און ער האט זיך געמוזט טיילן מיט'ן שטול ,און
ס'איז געקומען א צווייטער )ראש הכופרים( וואס איז שוין א
פרייער לכל הדעות ,וואס מ'קען איהם שוין ניטאמאל אנטון א
רעליגיעזן קאפל ,ער איז הונדערט פראצענט פריי ,אבער מ'איז
ווייטער געבליבן אין כנסת.
מ'שטייט היינט שוין אין יאר תשמ"ד .אין שנת תשי"ב איז מען
ארויס צוליב 'מיהו יהודי' ,אבער זיבן יאר פאררעכט
קלז אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
פארראכטן.
ָ מען שוין דעם 'מיהו יהודי' און מ'האט עס נאכנישט ַ
פארוואס? מיינט עטס אז זיי קענען עס נישט פאררעכטן? נאר,
ס'הייבט זיך אן די ּפ ָאליטישע 'דיעלס' און מ'וועט שוין זען ,מ'האט
דאך צוגעזאגט ,און מ'וועט שוין זען מארגן ,און דער גייט רעדן
מיט יענעם ,און יענער וועט רעדן מיט יענעם ,און דערווייל איז
דאך א שאד ארויסצוגיין פון די 'ממתקים' ...עס לוינט זיך נישט,
שאד ...און אזוי שטופט מען שוין פון וואך צו
ָ ס'איז א גרויסער
וואך .קודם האט מען געזאגט אז ביז פסח אויב ס'איז נישט
ערלעדיגט איז עק וועלט ,און נאכדעם האט זיך עס פארלענגערט
זעקס חדשים ,און נאכדעם נאך פיר חדשים ,און אזוי פארלענגערט
מען אלס.
ד
סארט השתתפות מיט די מדינה
אונזער מלחמה קעגן יעדע ָ
מ'האט זיך מתחבר געווען לרשעים
ָ דער ָאנהויב חורבן -גלייך ווען
פארוואס דערצייל איך אייך די זאכן? כדי מ'זאל וויסן וואס דא
גייט פאר! איז דען דער חסרון פון דער אגודה היינט
געשען? איז די אגודה הערשט היינט פארקראכן? ניין! פארקראכן
זענען זיי מיט 35יאר צוריק ,ווען זיי זענען אוועקגעגאנגען און
זיך אפגעטיילט פון דער ערליכער מחנה .זיי האבן אנגעהויבן צו
פארקריכן" :מ'וועט גיין אזוי ,מ'וועט גיין אהער ,און מ'וועט טון
ַ
און מ'וועט פארשטיין ,מ'דארף דאך זיין א מענטש צווישן
מענטשן" ...מ'האט זיך אנגעהויבן אויסצוגלייכן די פלייצע מ'זאל
מאמר ה' § אמרא טבא קלח
זיין א לייט צווישן לייטן ,א פארטיי צווישן פארטייען ,און אז
מ'קוקט צוריק אין א משך פון יארן זעט מען וואו מ'איז אלץ
געטראכט מיט אזוי
ַ נאכנישט
האבן ָ
זאכן וואס זיי ַאליין ָ
געגאנגען! ַ
ַ
לאנג צוריק ,טוט מען שוין היינט .און טאמער מיינט מען אז מיט
דעם וועט מען בלייבן שטיין ,זיי וועלן ביי דעם נישט בלייבן
שטיין! חלילה ַאז דער גואל צדק וועט נישט קומען ,וועט מען נאך
אסאך און אסאך ווייטער גיין ,ה' ירחם.
איז דער פעלער געמאכט געווארן? פארוואס האט דאס וויאזוי
געקענט פאסירן אז זיי זאלן אזוי ווייט פארגליטשן? דער
געווארן' :כי מראש צורים אראנו' ,מ'האט
ָ פעלער איז געמאכט
נישט געוואלט קוקן וויאזוי ס'איז אמאל געווען! ס'האט זיך
אנגעהויבן צו דאכטן 'אמרתי אחכמה' -איך וועל אליינס פארשטיין
וואס מ'מעג און וואס מ'טאר נישט .איי ,אמאל זענען אלע גדולי
ישראל געווען שארפע קעגנערס פון ציוניזם? יא ,דאס איז געווען
אמאל ,אבער ס'איז דאך היינט אנדערש ווי אמאל ,ס'איז דאך נישט
די זעלבע צייט פון אמאל ,מ'איז געווארן קלוג ,מ'פארשטייט
בעסער פון אמאל ,און דארט איז דער בראך.
דעמאלט און נישט היינט
ָ מיר האבן נישט קיין שייכות ,נישט
כל פנים ,וואס מיר דארפן צו וויסן איז' :אל תאמרו נשתנו על
העתים' אז די אגודה איז היינט ארגער פון אמאל ,דאס אליינס
איז אויך א טעות ,ס'איז גארנישט ַארגער ,ס'איז נאר יעצט
ארויסגעקראכן ַאביסל .זיי ליגן היינט אין דער ָ ַ
קאאליציע? זיי זענען
קאאליציע! עטס מיינטס אז דעמאלס
שוין אמאל געווען אין דער ָ ַ
האט זיך נישט אפגעטון אין די מדינה 'כל דבר אסור' אזויווי היינט?
קלט אמרא טבא § משנתו של ספה"ק ויואל משה
דעמאלט איז אויך געווען די אלע זאכן ,נאר נישט יעדער איינער
ָ
געדענקט און ווייסט די זאכן ,אז איינער האט אביסל באקאנטשאפט
ווייסט ער דערפון!
על כל פנים ,מיר קענען זאגן אז מיר האבן נישט צוגערירט ,נישט
צו די ערשטע רעגירונג און נישט צו די צווייטע ,און היינט אז
ס'האלט שוין ביי די צענטע צו די עלפטע האבן מיר נאך אויך
נישט דערמיט קיין שום שייכות!
אין לנו חלק ונחלה -אונזער מלחמה קעגן ציוניזם בעצם
און דאס דארף מען צו וויסן ווען ס'קומט די צייט פון גיין צו די
בחירות ,וואס פארא קאמף האבן מיר מיט די אגודה? צי האבן
האבן מיט זיי ַא תורה'דיגן
מיר מיט זיי א פאליטישן קאמף? מיר ָ
קאמף!
ַ
פארשטיין :ביי די לעצטע וואלן האבן
וועל עס גיבן צו ַ איך
געשטימט פאר די אגודה צוויי און זיבעציג טויזנט אידן ,און
האבן געשטימט פאר די
וואס ָ
נאך טויזנטער מענטשן ָ
ס'איז געווען ָ
ַאנדערע ּפ ַארטייען ,די פועלי אגודה מיט מזרחי .איז יעצט די
שאלה :איז דען אונזער מלחמה מיט'ן ציוניזם דוקא נוגע לגבי די
פארטיי צי יענע פארטיי? אונזער מלחמה איז אן עצם'דיגער און
א יסודות'דיגער מיט'ן עצם ציוניזם! ס'איז אונז נישט קיין שום
נפקא מיניה צו מ'שטימט פאר די פארטיי צי פאר יענע ּפ ַארטיי .אז
איינער איז עובר אויפן איסור פון גיין צו די בחירות איז אונז נישט
קיין נפקא מיניה פאר וועלכע פארטיי ער שטימט ,ס'איז דער
זעלבער איסור!
מאמר ה' § אמרא טבא קמ
מיין איך דא ַארויסצוברענגען :ס'איז יעצט דא א גרויסע וואס
מחלוקה ,ס'האט זיך געטיילט און ס'האט זיך געיאוועט
פרישע פארטייען אזויווי שוועמלעך נאך א רעגן ,צי ס'וועט זיין
גרויסע אויסוואלן ביי די וואלן ווייסט מען נישט .צי די אגודה וועט
ראצענטָ .אבער
דערלייגן אינגאנצן צי נאר מיט א באדייטענדע ּפ ָ
טאמער וועלן די זעלבע צאל אידן גיין שטימען ,נאר זיי וועלן
שטימען פאר דער נייער פארטיי וואס האט מען מרוויח געווען?
זענען מיר דען פאליטישע שונאים מיט די אגודה? וואס איז אונזער
עסק וויפיל שטימען זיי וועלן פארלירן? איז אונז דען א נפקא מיניה
אז די אגודה וועט פארלירן און ש"ס וועט געוואונען? וואס איז
אונז א חילוק? יעדע זאך וואס האט נאר א שייכות מיט ציונית
און ציוניזם איז ביי אונז מאוס ונמאס און מיר קעמפן דערקעגן!
ויהי החודש הזה סוף וקץ לכל צרותינו
החדש איך וועל מסיים זיין מיינע ווערטער; מ'איז מתפלל " ִ
ִויהי ַ ֶֹ ׁ
נפשנוּ " דער
לפדיוֹ ן ַ ְ ׁ ֵ
וראש ְ ִ ְ
חלה ְ ֹ ׁ
לכל ָצרוֹ ֵתינוּ ְּ ,ת ִ ּ ָ ַה ֶ ּזה סוֹ ף ָ ֵ
וקץ ְ ָ
זיידע ז"ל אין ייטב ּפנים )יפה לעינים אות א( ָ
זאגט ַאז 'ויהי החודש
הזה' מיינט דער חודש תמוז ,ווייל דער צירוף פון חודש תמוז איז
ש ֶוה ִלי – .אין דעם חודש פון 'וכל זה
איננּ וּ ׁ ֹ
)אסתר ה ,יג(ְ :וכל ֶ'זה' ֵ ֶ
זאל שוין זיין ַא 'סוף וקץ לכל צרותינו ,תחילה
איננו שוה לי'ָ ,
וראש לפדיון נפשינו' .זאל טאקע דער אויבערשטער העלפן אז
ס'זאל נתהפך ווערן לששון ולשמחה ,ובמהרה זאל מען זוכה זיין
אקעגן צו גיין דעם גואל צדק במהרה בימינו אמן.
g
