gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

מוציא לאור: איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish

שבוע: לך לך (2026-10-19)

איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

פתח את ה-PDF הורדה

‫איש חסד היה‬ ‫א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד‬ ‫פונעם בארימטן נגיד‬ ‫מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל‬ ‫───────◇───────‬ ‫פאר הערות‪ ,‬תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות‪:‬‬ ‫אימעיל‪y.b.daskal@gmail.com :‬‬ ‫פרק ט׳‬ ‫צדקה בסתר‬ ‫מתן בסתר‬ ‫דער רמב״ם שרייבט )הלכות מתנות עניים‪ ,‬פרק י׳ הלכה ט׳(‪ ,‬וועגן דער דריטער מדרגה פון צדקה‪:‬‬ ‫״שידע הנותן למי ייתן‪ ,‬ולא ידע העני ממי לקח‪ ,‬כגון גדולי החכמים שהיו הולכין בסתר ומשליכין‬ ‫המעות בפתחי העניים‪ ,‬וכזה ראוי לעשות‪ ,‬ומעלה טובה היא אם אין הממונין בצדקה נוהגין‬ ‫כשורה״‪.‬‬ ‫ווען א מענטש גיט זיך אן עצה ווי אזוי צו פארגרינגערן פארן מקבל דאס שווערע געפיל אז ער דארף‬ ‫אנקומען צו יענעמס הילף‪ ,‬איז דאס א גאר חשובע וועג פון געבן צדקה‪.‬‬ ‫א צוגאב ״פונעם כולל״‬ ‫הרה״ח ר׳ נחום אפל פון קרית ויז׳ניץ האט דערציילט‪:‬‬ ‫ווען מיר האבן געוואוינט צוזאמען אין שיכון נוה אחיעזר‪ ,‬האט ר׳ שמואל זיך אמאל געוואנדן צו‬ ‫מיר‪:‬‬ ‫״איך קוק זיך שוין אסאך מאל צו אויף דעם טייערן אברך וואס וואוינט נעבן אונז און לערנט אין‬ ‫כולל חזון איש‪ .‬ער איז ממש ממית עצמו באוהלה של תורה‪ .‬אבער פון וואנעט נעמט ער פרנסה? איך‬ ‫ווייס דאך אז ביי אים אין שטוב הערשט א גרויסע דחקות און ארעמקייט"‪.‬‬ ‫״איך וויל אים זייער העלפן‪ ,‬אבער איך האב מורא‪ ,‬אז אויב איך וועל אים זאגן אז איך וויל אים‬ ‫געבן א חודש׳ליכע שטיצע‪ ,‬וועט ער זיך שטארק באליידיגן‪ .‬אפשר איז דא אן אופן ווי אזוי מען קען‬ ‫אים געבן א חודש׳ליכע שטיצע בכבוד‪ ,‬אן אז ער זאל וויסן אז דאס געלט קומט פון מיר?״‬ ‫עס איז מיר איינגעפאלן א געדאנק‪.‬‬ ‫״איך וועל רעדן מיטן מנהל פון כולל חזון איש״‪ ,‬האב איך געענטפערט‪ ,‬״און דאס געלט וועט‬ ‫דורכגיין דורך אים‪ ,‬אלס א צוגאב פונעם כולל‪ ,‬וויבאלד דער אברך האט א גרויסע משפחה מיט‬ ‫אסאך קינדער״‪.‬‬ ‫און אזוי איז טאקע געווען‪.‬‬ ‫לאנגע יארן האט ר׳ שמואל מיר יעדן חודש איבערגעגעבן געלט פאר יענעם אברך‪ ,‬און דער אברך‬ ‫האט קיינמאל נישט געוואוסט ווער עס שטייט הינטער דער צוגאב!‬ ‫איך בין דער איינציגער וואס ווייסט ווי גרויס ר׳ שמואל איז געווען‬ ‫הרה״ח ר׳ אלימלך אדלער פון קרית ויז׳ניץ האט דערציילט וואס ער האט געהערט פון זיין פאטער‪,‬‬ ‫הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק אדלער‪:‬‬ ‫פרק ט – צדקה בסתר‬ ‫״איך בין דער איינציגער וואס ווייסט ווי גרויס ר׳ שמואל איז געווען!‬ ‫״צענדליגער יארן האב איך מיט אים צוזאמען געטון געוואלדיגע מעשי חסד‪ .‬ער פלעגט דורך מיר‬ ‫איבערגעבן ריזיגע סכומים געלט פאר נצרכים‪ ,‬אן אז איינער זאל דערפון וויסן‪ .‬און אלעס האט ער‬ ‫געטון מיטן גאנצן הארץ״‪.‬‬ ‫ענליך האט הרה״ח ר׳ מנחם אליעזר מוזס דערציילט‪:‬‬ ‫״איך ווייס פון הונדערטער מעשי חסד וואס ר׳ שמואל האט געהאט א חלק אין זיי‪ ,‬מעשים וואס‬ ‫עס איז בעסער נישט צו רעדן וועגן זיי‪.‬‬ ‫״ר׳ שמואל האט אויסגעהאלטן אסאך משפחות און געשטיצט צובראכענע אידן בסתר‪ ,‬אויף א‬ ‫וואונדערליכן אופן‪ .‬נאר געציילטע מענטשן האבן דערפון געוואוסט‬ ‫מיטן גבאי צדקה הרה״ח ר׳ דוד לייב שווארץ‬ ‫דער באקאנטער גבאי צדקה‪ ,‬הרה״ח ר׳ דוד לייב שווארץ‪ ,‬האט דערציילט‪:‬‬ ‫״איך פלעג בארגן גרויסע סכומים געלט פון ר׳ שמואל פאר נצרכים‪ .‬אין באזונדערע פעלער האב איך‬ ‫אים דערציילט וועגן וויכטיגע צדקה־ענינים‪ ,‬און ער האט געגעבן גאר גרויסע סכומים״‪.‬‬ ‫און ווען ר׳ דוד לייב האט גערעדט פון ״גרויסע סכומים״‪ ,‬האט דאס געמיינט טאקע‬ ‫אויסערגעווענליך גרויסע סכומים‪.‬‬ ‫מיר האבן אסאך מאל געשמועסט מיט ר׳ שמואל וועגן ר׳ דוד לייב און זיינע מעשי צדקה‪ ,‬אבער ר׳‬ ‫שמואל האט קיינמאל נישט דערמאנט‪ ,‬אפילו נישט מיט איין ווארט‪ ,‬אז ער אליין האט מיט אים א‬ ‫שייכות אין עניני צדקה וחסד‪.‬‬ ‫באצאלן חובות אין גראסערי און מאכן שלום בית‬ ‫הרה״ח ר׳ יעקב מאיר ארליך‪ ,‬דער מנהל העבודה אין דער פאבריק אין קוממיות‪ ,‬האט דערציילט‪:‬‬ ‫אויפן וועג צו דער פאבריק פלעגט ר׳ שמואל אריינגיין אין גראסעריס און באצאלן חובות פון‬ ‫נצרכים‪ ,‬אן אז זיי זאלן דערפון וויסן‪ ,‬און אן אז עס זאל זיי אפילו איינפאלן אז איינער האט‬ ‫באצאלט זייערע חובות‪.‬‬ ‫עס זענען אויך געווען פעלער וואס דער שלום בית אין א שטוב איז געווען שטארק געשטערט צוליב‬ ‫שוועריקייטן אין פרנסה‪.‬‬ ‫ווען אזעלכע פעלער זענען אנגעקומען צו ר׳ שמואלס אויערן‪ ,‬האט ער ארויסגענומען גרויסע סכומים‬ ‫פון זיין אייגענעם טאש‪ ,‬כדי צו ברענגען שלום צווישן מאן און ווייב‪.‬‬ ‫אלעס בסתר‪ ,‬באהאלטענערהייט און מיט דער גרעסטער צניעות!‬ ‫אן קיין נאמען‬ ‫ביי ר׳ שמואל אין שטוב זענען געווען אסאך ספרים וואס די מחברים האבן אים געשאנקען‪.‬‬ ‫ער האט געשטיצט דאס דרוקן פון די ספרים‪ ,‬און נישט איינמאל האט ער אפילו באצאלט די גאנצע‬ ‫הוצאות פון דרוקן א ספר‪.‬‬ ‫ב‬ ‫איש חסד היה‬ ‫און דאך האט ער קיינמאל נישט געוואלט אז מען זאל ערגעץ דערמאנען זיין נאמען‪.‬‬ ‫א באקאנטער מחבר ספרים האט אונז דערציילט‪:‬‬ ‫״איך האב ארויסגעגעבן א סעריע ספרים‪ ,‬און ר׳ שמואל האט מיר געגעבן א גרויסן חלק פונעם געלט‬ ‫וואס איך האב געדארפט כדי ארויסצוגעבן דעם ערשטן ספר‪.‬‬ ‫״אבער ער האט געשטעלט איין תנאי‪ :‬איך טאר נישט דערמאנען זיין נאמען‪...‬‬ ‫״אין זכות פון דעם ערשטן ספר האב איך שפעטער‪ ,‬בחסדי ה׳‪ ,‬מצליח געווען ארויסצוגעבן אלע מיינע‬ ‫ספרים״‪.‬‬ ‫ג‬