gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

מוציא לאור: האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish

שבוע: לך לך (2026-10-19)

האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

פתח את ה-PDF הורדה

‫ב"ה‬ ‫גליון י"א – פ' לך תשפ"ז לפ"ק‬ ‫מתוך דברי דברי מוסר והתעוררות שנשמעו מפ"ק מרן רבינו זי"ע‬ ‫במסיבת מלוה מלכה לטובת ישיבתינו הק' (ח"א)‬ ‫מוצש"ק וירא תשנ"ה – וומסב"ג יצ"ו‬ ‫מען שמועסט אינמיטן הויכע שמונה עשרה‪ ,‬אלעס הלכות ברורות‪ ,‬וואס מען האט געוואוסט פון דעם‪ .‬היינט איז דאס גארנישט‪ ,‬כאילו לא‬ ‫היה‪ .‬דאס איז אויף דער עמוד התפלה‪.‬‬ ‫און לאמיר זיך נעמען צו דער עמוד התורה‪ .‬וואס טייטשט תורה היינט? היינט איז פון די גרויסע קונצן אז ער האט שוין די זכי' אז ער לערנט‬ ‫א שעה א טאג‪ ,‬ער לערנט שוין דארט א דף מיט רש"י‪ .‬תוספות‪ ,‬לא נגע ולא פגע‪ ,‬האט מען נישט קיין צייט צו לערנען‪ ,‬מען האט נישט קיין‬ ‫קאפ דערצו‪.‬‬ ‫וואס וועט זיין מיט תורה?‬ ‫דא קומט ארויס אזא צייטונג מיט אזא צייטונג‪ ,‬מען קוקט‪ ...‬אלע ביטולים צו דעם איז דאך דא‪ ,‬א שמועס‪ ,‬א דאס‪ ,‬א פאליטיק‪ ,‬א וואס‪ .‬נוץ‬ ‫אויס די צייט אויף תורה! אויב דו האסט א פרייע מינוט‪ ,‬לערן‪ .‬ווען דו פארסט‪ ,‬נעם מיט [א ספר] און לערן‪ .‬וואו‪ ,‬וואס‪ ,‬ווען‪ .‬צו טרייבן מיט‬ ‫א שטעקן? דאס איז אונזער חינוך‪.‬‬ ‫אונז האט מען נישט מחנך געווען אז אונזער לעבן איז תורה? ווען איך האב א פרייע מינוט מוז איך לערנען‪ .‬ווען איך האב א זונטאג ‪ -‬להבדיל‬ ‫‪ -‬מוז איך נישט ארומרימפלען‪ ,‬איך מוז לערנען‪ .‬מיט מיר‪ ,‬מיט מיין קינד‪ ,‬וכדומה‪ .‬דאס אלעס טרעפט זיך יחידים וואס זיי טוען אנדערש‪,‬‬ ‫אבער וואס איז מיט'ן כלל? דאס איז אלעס די פארפעלטע חינוך‪ .‬מיר קוקן זיך נישט אום אויף אונזערע אייגענע קינדער‪ ,‬אונזער גאנצע קאפ‬ ‫גייט אויף דעם‪ ,‬אויף יענעם‪ ,‬און פון דעם האט מען נישט גארנישט‪.‬‬ ‫נפלאות על הפרשה‬ ‫לך לך מארצך‬ ‫מרן הרה"ק דער דברי חיים פון צאנז זי"ע האט געזאגט אז מיר ווייסן אויף זיכער אז אברהם אבינו ע"ה איז געגאנגען אנגעטון‬ ‫מיט א שטריימל‪ ,‬קאפטן‪ ,‬זאקן און שוך וכו'‪.‬‬ ‫ער האט נאכגעזאגט אז הרה"ק דער חוזה פון לובלין זי"ע האט געזעהן אין חלום א איד אנגעטון מיט די דערמאנטע בגדים‪ ,‬און‬ ‫ער האט אים געפרעגט ווער ער איז‪ ,‬האט ער אים געזאגט‪" ,‬איך בין דער וואס הקב"ה האט אים געזאגט לך לך מארצך"‪...‬‬ ‫(חמדה גנוזה)‬ ‫אבער באמת – האט הרה"ק רבי יענקלע מפשעווארסק זי"ע צוגעלייגט צו דעם עובדא – בין איך זיכער אז ווען דער חתם סופר‬ ‫זצ"ל זעהט אברהם אבינו אין חלום‪ ,‬וואלט ער אים ווען געזען אנגעטון מיט א פרעשבורגער היטל‪ ...‬ווייל יעדער צדיק זעהט‬ ‫אברהם אבינו לויט זיין בחינה!‬ ‫(מפיהם ומפי כתבם)‬ ‫מען לויפט נאך די‪ ...‬מען פלעגט נאכזאגן פון די צדיקים‪ ,‬איינער איז געלאפן‪ ,‬זאגט מען אים "וואו לויפסטו?" ער איילט זיך ערגעץ‪ ,‬זאגט ער‬ ‫אים‪" :‬וואו לויפסטו? וויאזוי ווייסטו אז דארט וואו דו לויפסט אהין‪ ,‬דארט איז דיין מזל‪ ,‬אפשר לויפסטו אוועק פון דיין מזל?" דו לויפסט צו‬ ‫דיין מזל‪ ,‬אפשר לויפסטו אוועק פון דיין מזל? וואו לויפסטו איצט‪ ,‬וואס טוט זיך?‬ ‫און מיט די תורה‪ .‬דער עיקר לעבן אונזערער איז דאך די תורה‪ .‬א איד טאר נישט מסיח דעת זיין פון תורה קיינמאל‪ ,‬צי ביים ביזנעס‪ ,‬צי ביי‬ ‫דעם‪.‬‬ ‫און ביי די גאנצע האנדל מיט'ן געשעפט‪ ,‬אן ענין וואס איך מעג פאפן? איך מעג עובר זיין אויף לא תונו? איך מעג שופך דם זיין פון א איד?‬ ‫איך מעג אים מצער זיין? ער וועט יענעם אראפרייסן ביז צו דער ערד‪ ,‬און יענער וועט אים צוריק אראפרייסן‪ .‬וואס איז דא? "יא‪ ,‬יענער טוט‬ ‫מיך באשמוצן!" ‪" -‬ווער זאגט אז ער האט דיך באשמוצט‪ ,‬אפשר נישט? און אויב יא‪ ,‬דאס איז דער וועג? מוזסטו צוריק באשמוצן?"‬ ‫דאס איז קיינמאל נישט אונזער וועג געווען‪ .‬א נוקם ונוטר כנחש איז דאך ביי אונז קיינמאל נישט געווען‪ .‬היינט איז יעדער א נוקם ונוטר‪ .‬וואס‬ ‫איינער טוט בא'עוול'ען אדער וואס‪ ,‬אומדירעקט איז ער א נוקם ונוטר כנחש‪ .‬לא עלינו‪.‬‬ ‫וואו איז אונזער גאנצער לערנען‪ ,‬אונזערע מדות‪ ,‬אונזער וועג‪ ,‬אונזער הייליגע וועג‪ ,‬דער דרך ה'‪.‬‬ ‫מיר זענען דאך ח"ו עפעס אזוי האלבע גוים‪ .‬מיר האבן א אידישן לבוש‪ ,‬אבער די מנהגים‪ ,‬די מדות מיט אלעם‪ ,‬ח"ו‪ ,‬מיר זענען דאך מיט אלעם‬ ‫א גוי ח"ו‪.‬‬ ‫איך האב עס שוין כמה פעמים פארציילט‪ ,‬ביי א דרשה אויך‪ ,‬האב איך פארציילט די עובדא מיט דעם יונגערמאנטשיק‪ ,‬דעמאלטס נעבעך אין‬ ‫די ביטערע צייטן האט ער געוואלט אנטלויפן ביי די גרעניצן‪ .‬איז איינער פון די בחורים געווען א וואוילער בחור‪ ,‬איז ער געלאפן איבער די‬ ‫גרעניץ‪ ,‬און ער האט זיך פארשטעלט אלס גוי‪ ,‬און ער איז אריבער אויף רומעניע‪.‬‬ ‫אויפאמאל זע איך אים צוריק‪ .‬זאג איך אים‪" :‬וואס איז?" זאגט ער ער האט געמוזט עפעס צוריקקומען‪ .‬זאגט ער‪" :‬איין זאך קען איך דיר זאגן‪,‬‬ ‫די וועלט זאגט אז אלעס קען מען זיך פארשטעלן‪ ,‬אבער נישט פאר א רבי‪ .‬פארוואס? וואס הייסט ער האט זיך פארשטעלט פאר א רבי‪ ,‬ער‬ ‫טוט אן א שיינע בעקיטשע‪ ,‬שיינע מלבושים‪ ,‬מלבושי כבוד‪ .‬ער פארשטעלט זיך ווי א וואוילער איד‪ ,‬א רבי‪ .‬דעמאלטס איז ער דער רבי אליין‪,‬‬ ‫פארשטעלט ער זיך נישט"‪ ...‬זאגט ער‪ " :‬מען זאגט איך פארשטעל מיך ווי א גוי‪ ,‬איך לויף איבער די גרעניץ‪ .‬איך האב זיך נישט פארשטעלט‬ ‫ווי א גוי‪ ,‬דעמאלטס איז מען טאקע א גוי"‪.‬‬ ‫נפלאות על הפרשה‬ ‫כדרלעמר מלך עילם‬ ‫בשעת עס איז ארויסגעקומען די ביטערע גזירה איבער דעם גיוס בנות (צו צווינגען מיידלעך צו דינען אין די מיליטער)‪,‬‬ ‫האט זיך א מענטש אָנגערופן און געזאגט פאר אונזער רבי'ן‪ ,‬דער רב הגאון רבי יצחק זאב (ר' וועלוול) מבריסק זצ"ל‪:‬‬ ‫"איך קען פשוט נישט פארשטיין דעם רב! יעדער איינציגער זאך אדער פלאן וואס מען שלאגט פאר אינעם ענין (צו לייזן‬ ‫די פראבלעם אדער מאכן א פשרה)‪ ,‬טוט דער רב גלייך אפווארפן און אוועקמאכן"!‬ ‫האט מרן הגרי"ז מבריסק אים געענטפערט‪:‬‬ ‫"איך וועל דיר דערציילן א מעשה וואס האט פאסירט‪ :‬איין מאל האט א מלמד אין חדר פרובירט צו לערנען מיט א קליין‬ ‫קינד וויאזוי ארויסצוזאגן די שווערע ווארט ' ְּכ ָד ְּרלָ ע ֶֹמר 'פונעם פסוק‪ .‬אבער דאס לימוד איז אים בשום אופן נישט געלונגען‪.‬‬ ‫יעדער מאל האט דאס קליינע אינגעלע געמאכט א טעות און געזאגט‪'ָ :‬כ ְּל ַד ְּרעוֹ ֶמר'‪ ,‬אדער ְּ'כ ַרלְּ ְּדעוֹ ֶמר'‪ ,‬אדער ָ'כ ְּל ַר ְּדעוֹ ֶמר'‪..‬‬ ‫און בלויז דעם איין איינציגן‪ ,‬ריכטיגן אופן וויאזוי מען דארף עס באמת ארויסזאגן – 'כ ְּדָרְּלָעֹמֶר' – האט דאס קליין קינד‬ ‫בשום אופן נישט געקענט ארויסברענגען פון די ליפ ן‪ .‬דער געדולד פונעם ארימען מלמד איז פארשווינדן געווארן‪ ,‬און ער‬ ‫האט אנגעהויבן שרייען אויפן קינד‪' :‬וואס פארעקשנסטו דיך אזוי סאך?! זאג שוין געהעריג איין מאל‪ְּ :‬כ ָד ְּר ָלע ֶֹמר'‪!...‬‬ ‫האט זיך דאס קליין קינד אויסגעדרייט און געזאגט פארן מלמד‪' :‬רבי‪ ,‬צי בין איך דען דער עקשן דא? עס איז נישט איך‪:‬‬ ‫איך האב שוין פרובירט און געזאגט די ווארט אין אזעלכע פילע אופנים און וועגן‪ ,‬אבער דער רבי איז דא דער איינציגער‬ ‫וואס פאר'עקשנ'ט זיך כסדר און זאגט אז קיין איין זאך איז נישט גוט"'!‬ ‫דער נמשל איז‪ :‬די פאליטיקאנטן און די מענטשן וואס זוכן פשרות‪ ,‬קומען כסדר מיט "כמה וכמה אופנים" און לאָגישע‬ ‫תירוצים וויאזוי מען קען נאכלאזן פונעם אמת – און זיי קוקן אן דעם רב אלס אן "עקשן" וואס ווארפט אלעס אפ‪ ,‬אבער‬ ‫דער אמת איז‪ ,‬אז דער אמת פארמאגט נאר איין איינציגן פונקטליכן פארמאט‪ ,‬יעדער אנדערער מהלך‪ ,‬אפילו ער קלינגט‬ ‫שיין‪ ,‬איז סך הכל נאך א פאלשער אופן וואס פארדרייט דעם רצון ה'‪ .‬דער רב איז נישט קיין עקשן – ער היט פשוט אויף‬ ‫דעם איינציגן אמת אָן קיין שום שינוי‪.‬‬ ‫(עובדות והנהגות לבית בריסק)‬ ‫מיר זענען היינט ל"ע אין דעם בחינה‪ .‬מיר זענען נישט נאר פארשטעלט‪ ,‬נאר מיר זענען ח"ו ממש אזוי‪ .‬די גאנצע נוסח אונזערער‪ ,‬אלעס גייט‬ ‫אויף דעם‪ .‬און אומבאמערקבאר‪ .‬ווי קען דאס פון דעם ארויסקומען עפעס‪ .‬מיר קאנטראלירן גארנישט‪ .‬אלעס גייט איבער אין הענט פון‬ ‫מענטשן וואס זיי פארשטייען נישט‪.‬‬ ‫פאריגע וואך דערציילט מיר איינער‪ ,‬ער האט אריינגעגעבן זיינע קינדער אין א קלאס‪ ,‬און מען האט אים אנגענומען‪ .‬ער קומט אהיים נאכמיטאג‪,‬‬ ‫זאגט מען אים‪" :‬ניין‪ ,‬מען קען אים נישט האבן"‪ .‬וואס איז געשען? עפעס א איד וואס ער איז מיט אים נישט גוט‪ ,‬פאליטיש צי וואס‪ ,‬האט ער‬ ‫געזאגט פאר דעם מנהל‪ ,‬אז עס איז נישט גוט אין קלאס‪ ,‬און ער זאל אים ארויסטרייבן‪ ,‬האט ער אים ארויסגעטריבן‪.‬‬ ‫האט מען אזאנס געטאן ביי אונז? איז אזאנס געווען? דו דערגייסט דאך יענעמ'ס לעבן‪ .‬ביסט נישט מיט יענעמ'ס פאליטיק‪ ,‬לאז דיך נישט‬ ‫אריין אין פאליטיק אויף יענעמ'ס לעבן‪ .‬וואס טייטשט פאליטיק? יעדער מעג דאך האלטן פון אן אנדערע זאך‪ .‬מען האט אונז געלערנט ‪ -‬מיר‬ ‫זענען צאנזער נוסח‪ ,‬צאנזער רב האט געזאגט‪" :‬דו מעגסט האלטן אז דיין רבי איז דער גרעסטער‪ ,‬אבער זאלסט וויסן אז אן אנדערער איז אויך‬ ‫א איד"‪.‬‬ ‫נפלאות על הפרשה‬ ‫והי׳ שמך אברהם כי אב המון גוים נתתיך‬ ‫זאגט רש״י "ורי״ש שהי׳ בו בתחילה לא זזה ממקומה‪ ,‬שאף יו״ד של שרי נתרעמה על השכינה עד שהוסיפוה ליהושע על שמו"‪ ,‬דער‬ ‫אות רי״ש פון אברהם האט דער אייבירשטער נישט אוועק גערירט פון זיין פלאץ ווייל דער אות יו״ד פון שר״י געהאט טענות צום‬ ‫אייבירשטן פארוואס מען האט איר אוועקגענומען פון א צדיקת און מען האט דאס געמיזט באצאלן דורכן צוגעבן דעם אות יו״ד‬ ‫פאר יהושע בן נון‪.‬‬ ‫איז שווער‪ ,‬אויב דער אות רי״ש איז איבריג ביים נאמען פון אברהם פארוואס האט מען נישט געקענט אוועקנעמן דעם אות רי״ש‬ ‫פון אברהם און דאס באצאלן דורכן צולייגן דעם אות רי״ש צו א נאמען פון א צדיק‪ ,‬פונקט ווי מען האט געטון מיטן אות יו״ד פון‬ ‫שר״י‪.‬‬ ‫נאר אויפן פסוק "ואת לוט ואת רכושו בן אחיו"‪ ,‬לוט דער פלימעניק פון אברהם און זיין פארמעגן איז געפאנגן געווארן דורך די‬ ‫ארבע מלכים דורך די פיר קעניגן‪ ,‬זאגט דער אר״י הקדוש אז די ווערטער ר׳כושו ב׳ן א׳חיו איז נוטריקון דער ווארט רב״א‪ .‬איז דער‬ ‫אר״י הקדוש מסביר אז דער נשמה פון רבא איז געווען אין לוט און זי איז געפאנגן געווארן דורך די פיר קעניגן‪ ,‬ביז אברהם איז‬ ‫געקומען און ער האט מלחמה געהאלטן מיט זיי און ער האט צוריק געקערט די נשמה פון רבא צום מקור הקדושה‪.‬‬ ‫במילא קען זיין אז וויבאלד אברהם האט געראטעוועט און אויסגעלייזט די נשמה פון רבא וועגן דעם איז נכלל דער נאמען פון‬ ‫רבא אינעם נאמען פון אברה״ם‪ ,‬די ערשטע דריי אותיות פון אברה״ם איז זענען די אותיות רב״א‪ .‬און וועגן דעם טעם האט מען‬ ‫געלאזט דעם אות רי״ש ביים נאמען פון אברהם כדי די אותיות פונעם נאמען פון רב״א זאל זיין נכלל אינעם נאמען פון אברה״ם‪.‬‬ ‫(עבודת ישראל)‬ ‫וישמעאל בן שלש עשרה שנה בהמולו בשר ערלתו‬ ‫אויפן פסוק "וישמעאל בן שלש עשרה שנה בהמולו בשר ערלתו" טייטשט דער תרגום יונתן בן עוזיאל "בארבעה עשר שנין"‪.‬‬ ‫איז שווער צו פארשטיין‪ :‬פארוואס האט דער תרגום צוגעלייגט דעם לשון "ביי פערצן יאר" ווען דער פסוק זאגט "דרייצן יאר‬ ‫אלט"‪,‬‬ ‫אויך איז שווער‪ :‬וואספארא חידוש האט דער תרגום אונז דא צוגעשטעלט וואס שטייט נישט אפן אינעם פסוק?‬ ‫נאר מען קען מחדש זיין‪ ,‬אז דאס ווארט "בארבעה עשר" קומט נישט צו מעסטן די פערזענליכע יארן פון די מענטשן‪ ,‬נאר דאס‬ ‫קומט אנצוווייזן אויף דעם חשבון פונעם מחזור הלבנה (מחזור קטן) פונעם יענעם יאר אין די וועלט‪.‬‬ ‫היות אז די גמרא אין מסכת ראש השנה (יא‪ ).‬זאגט‪ ,‬אז יענע יאר ווען אברהם האט זיך געמל'ט איז געווען א שנת עיבור (א שנת‬ ‫מעוברת)‪ ,‬קומט דער תרגום דאס אויס צוחשבונ'ן‪ ,‬און ער זאגט אז יענע יאר ווען אברהם און ישמעאל האבן זיך געמל'ט איז געווען‬ ‫דאס ‪'14‬טע יאר אינעם מחזור קטן (שנת י"ד למחזור י"ט יאר‪ ,‬אונז ווייסן דאך די הלכה‪-‬קאלענדאר סימן פונעם מחזור‪ ,‬אז די‬ ‫יארן‪ :‬ג'‪ ,‬ו'‪ ,‬ח'‪ ,‬י"א‪ ,‬י"ד‪ ,‬י"ז‪ ,‬י"ט) זענען אלע שנים מעוברות‪.‬‬ ‫דער חשבון שטימט פערפעקט אויך לויטן דאטום פון בריאת העולם (באשאפונג פון די וועלט)‪ ,‬דער גאון רבי פנחס קאצנעלנבויגן‬ ‫שרייבט אין זיין ספר יש מנחילין (סימן קיט)‪ ,‬אז אינעם יאר תס"ט ווען ער האט געלערנט אין פראג‪ ,‬האט ער געפרעגט די דאזיגע‬ ‫קשיא אויפן תרגום‪ ,‬און דער גאון רבי דוד אופנהיים (דער רד"ך) האט אים קלאר געענטפערט דעם זעלבן תירוץ‪ :‬אז דאס ווארט‬ ‫"בארבעה עשר שנין" קומט פונעם קאלענדאר‪-‬חשבון פון בריאת העולם‪.‬‬ ‫דער חשבון איז אזוי‪ :‬אברהם אבינו איז געבוירן געווארן אינעם יאר א'תקקמ"ח )‪ (1948‬לבריאת העולם (ווי רש"י ברענגט אין מסכת‬ ‫עבודה זרה ט ע"א)‪ .‬ווען אברהם איז געווען ‪ 99‬יאר אלט – איז דאס יאר געווען פונקט דאס יאר ב'מז )‪' (2047‬לבריאת העולם‪ .‬אז‬ ‫מען וועט נעמען דעם נאמבער ‪ 2047‬און עס צעטיילן אין מחזורים פון ‪ 19‬יאר‪ ,‬וועט מען באקומען פונקט ‪ 107‬פולע מחזורים‪ ,‬און‬ ‫עס בלייבט איבער נאך פונקט ‪ 14‬יאר (שנת י"ד)!‬ ‫קומט אויס‪ ,‬אז יענע היסטארישע יאר איז טאקע געווען דאס פערצנטע יאר פונעם מחזור‪ ,‬וואס איז – פונקט ווי היי יאר ‪ -‬א שנה‬ ‫מעוברת‪.‬‬ ‫(כת"י הג"ר שרגא צבי זצ"ל בן הגאון בעל קיקיון דיונה)‬ ‫איך האב געזאגט היינט‪ ,‬אז דאס ענין (איך האב דאס נאכגעזאגט כמה פעמים שוין ביי דרשות)‪ ,‬פון רבי ר' משה לייב‪ ,‬וואס ער האט געהאט‬ ‫אמאל א נסיון‪ ,‬מען האט אים געוואלט איינרעדן‪ ,‬דער בעל דבר האט געשיקט אויף עפעס א וועג אז עס זאל זיין עפעס א גרויסע זאך וואס ער‬ ‫זאל טאן‪ .‬האט ער געזאגט אזוי‪" :‬איך ווייס נישט‪ .‬איך ווייס‪ ,‬איך טו נאר אזא זאך וואס איך ווייס אז עס איז א נחת רוח פאר'ן רבש"ע‪ .‬נאר‬ ‫דאס טו איך‪ .‬און אז איך ווייס נישט‪ ,‬דעמאלטס טו איך עס נישט"‪.‬‬ ‫מיר דאכט זיך אז דאס איז נישט [קיין נחת רוח פאר'ן רבש"ע]‪ .‬איך שפיר נישט אז פון דעם [האט דער רבש"ע נחת רוח]‪ .‬אז דער עולם זאל‬ ‫זיך פירן אויף דעם וועג וואס דער רבי ר' משה לייב האט געזאגט 'איך טו נאר א זאך ווען איך ווייס אז דאס איז א נחת רוח‪ ,‬אז איך בין נישט‬ ‫פוג ם אין די נחת רוח'‪ .‬וועט מען טראכטן 'דער אויבערשטער האט דען א נחת רוח פון דעם וואס איך האב אים שופך דם געווען? איך האב‬ ‫אים מבייש געווען? איך האב אים געוואלט צונעמען זיין פרנסה? איך גיי אויף זיין לעבן?' עס קען נישט זיין אז דאס איז א נחת רוח פאר'ן‬ ‫אויבערשטן‪.‬‬ ‫א מענטש וואס ער טוט‪ ,‬ער האנדלט‪ ,‬ער ארבעט‪ ,‬וואס ער טוט אויף דעם עולם‪ ,‬זאל ער זיך בארעכענען 'איך גיי אריין אין א מחלוקה‪ ,‬איז‬ ‫דאס טאקע נחת רוח פאר'ן רבש"ע? לאמיך מיך בארעכענען‪ .‬טאמער איך ווייס נישט‪ ,‬טאר איך נישט טאן‪ .‬אז איך האב נישט קיין שכל ווי א‬ ‫דעת תורה‪ ,‬אבער אזויפיל שכל האב איך נאך‪ ,‬מען זאל וויסן די איינע נקודה‪ ,‬איך וויל נישט טאן א זאך וואס איז קעגן רצון פון בורא כל‬ ‫עולמים'‪ ,‬וואלט געווען געראטעוועט אלעס‪.‬עס גייט נישט אפילו אויפ'ן נארמאלן וועג‪ ,‬עס איז נישט קיין נארמאלער וועג‪ ,‬מיר זינקען‪ .‬מיר‬ ‫באמערקן גארנישט‪ .‬וואס טוט זיך מיט אונז? וויאזוי וועט זיין מיט די קינדער‪ ,‬וויאזוי וועט זיין מיט די אייניקלעך? אונזערע קינדער זעען‬ ‫גארנישט‪ ,‬זיי ווייסן גארנישט‪ .‬זיי האבן א נישט ריכטיגע הדרכה‪ .‬אנשטאט דעם וואס דער קאפ זאל ליגן א גאנצן טאג ‪ -‬ווען איך האב א פרייע‬ ‫מינוט ‪' -‬וואס טוט זיך מיט מיין קינד? האט ער א גוטע חברותא? וואס טוט זיך מיט מיין טאכטער? וואס הערט זיך?'‬ ‫אפיסעס איז לא עלינו‪ ,‬יעדע תערובת וואס מענער מיט פרויען האבן שייכות‪ ,‬איז א חורבן עצום ונורא‪ ,‬דאס הרג'עט אוועק‪ .‬דעמאלטס איז‬ ‫מען אויס איד‪ .‬מען זאל זיך נישט איינרעדן‪ .‬יונגעלייט ארבעטן אויף פלעצער וכדומה‪ ,‬זיי ווילן ארבעטן‪ ,‬אבער זיי זאלן נישט קומען אין‬ ‫בארירונג ‪ -‬האלט נישט מיט א גאנצע דיסקוסיע מיט א שמועס מיט מיידלעך אדער מיט פרויען‪.‬‬ ‫מען האט ביי אונז געוואוסט‪ ,‬אין געשעפט‪ ,‬אז עס איז אריינגעקומען א גוי'טע צי‬ ‫ברכת "מזל טוב" לאנ"ש שיחיו‬ ‫ווער‪" ,‬וואס ווילסטו? א בעכער? א גוטן"‪ .‬מען האט נישט געהאט קיין שמועס און‬ ‫שהשמחה במעונם‬ ‫קיין גארנישט‪ ,‬א מאן מיט א פרוי‪ ,‬קיינמאל נישט‪ .‬נאר דאס‪" ,‬א גוט מארגן" און "א‬ ‫כ"ק הגה"צ אבד"ק יעמרינג שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫גוטן"‪ .‬היינט‪ ,‬האלט נישט א דיסקוסיע‪ ,‬האב נישט מיט פרויען קיין שפראך‪ ,‬האב‬ ‫לרגל נשואי נכדו אצל בנו הרב יואל שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫נישט גארנישט‪ ,‬נאר דאס וואס געהערט צו די ארבעט וכדומה‪ .‬גארנישט‪ .‬היינט‬ ‫לרגל הולדת נכתו נכדה לחתנו אדמו"ר מווערדאן שליט"א (ב"פ)‬ ‫הרה"צ ר' משה מנחם בלום שליט"א (קרית קאשוי)‬ ‫ווייסט מען נישט פון דעם‪.‬‬ ‫לרגל הולדת נכדו נכד אצל חתנו הרב יצחק מרדכי היללער שליט"א‬ ‫הולדת נכדתו נכדה אצל חתנו הרב חיים דייטש שליט"א‬ ‫כ"ק הגה"צ אבד"ק סוואליעווע שליט"א (מאנסי)‬ ‫אז איינער איז א בעל‪-‬הבית וכדומה‪ .‬דאס אליין איז א יושר'דיגע זאך? זיי זאגן אז‬ ‫לרגל הולדת נכדתו נכדה אצל חתנו הרב ראובן קרישעווסקי שליט"א‬ ‫מען קען נישט אויף דעם העלפן‪ .‬טאמער איז ער א בעה"ב‪ ,‬האט ער מיידלעך ביי זיך‬ ‫הרב יעקב קעסטנבוים שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫לרגל אירוסי נכדו ני"ו בן בנו מו"ה אהרן הערש הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫אין אפיס‪ .‬כאטש נישט אין אפיס צוזאמען יונגלעך מיט מיידלעך‪ .‬אבער ער אליין‪,‬‬ ‫הרב יעקב חיים דייטש שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫ער קען נישט העלפן‪ .‬ער קען נישט באצאלן מענער‪ ,‬מענער קאסטן זייער אסאך‪.‬‬ ‫הרב יואל בוכינגער שליט"א (קרית קאשוי)‬ ‫לרגל נשואי בתו תחי'‬ ‫איך ווייס נישט‪ .‬דאס קען איך זיכער זאגן‪ ,‬מען האט אלעמאל געוואוסט "איך וועל‬ ‫הרב מיכל קלאר שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נשואי נכדו הי"ו‬ ‫האבן פרנסה‪ ,‬דער באשעפער געבט מיר אויפ'ן כשר'ן וועג אויך"‪ ,‬מען האט נישט‬ ‫הרב חיים הילל היללער שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫געמיינט אז איך קען נישט לעבן נאר מיט אן אפיס‪ ,‬מיין טאכטער קען נישט‬ ‫לרגל נשואי נכדו ני"ו‬ ‫הרב יצחק כ"ץ שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫עקזיסטירן נאר מיט אן אפיס‪ ,‬איך קען איר נישט חתונה מאכן נאר מיט אן אפיס‪.‬‬ ‫לרגל הולדת נכדו בן בנו מו"ה יואל הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫הרב מנחם יודא בינער שליט"א (מאנסי)‬ ‫דעמאלטס פארשטייט זיך אז אין הימל האנדלט מען אזוי ווי ער האנדלט‪.‬‬ ‫לרגל הולדת נכדו הי"ו‬ ‫הרב יושע אלימלך לאנדא שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫אבער ווען יעדער איד וואלט געוואוסט 'איך טאר נישט מאכן‪ ,‬איך טאר נישט לאזן‬ ‫לרגל אירוסי נכדו ני"ו‬ ‫הרב מנחם יודא בינער שליט"א (מאנסי)‬ ‫תערובת‪ ,‬איך טאר נישט האבן שייכות מענער מיט פרויען‪ ,‬יעדע מין תערובת‬ ‫לרגל הולדת נכדו הי"ו‬ ‫שבעולם איז אסור על פי התורה'‪ .‬ווען מען האט געוואוסט פון די אלע זאכן‪ ,‬איז‬ ‫מו"ה אהרן יוסף מנחם הכהן לאנדא הי"ו (ק"י)‬ ‫לרגל נשואי נכדו אצל בנו מו"ה שמואל זאב הי"ו (ק"י)‬ ‫געווען שפע‪ ,‬פאר צען יאר איז געווען שפע‪ .‬פארוואס פאר צען יאר יא און איצט‬ ‫מו"ה שמואל גרינהויט הי"ו (מאנסי)‬ ‫לרגל הולדת נכדו הי"ו‬ ‫נישט? כביכול דער בורא כל עולמים האט שוין היינט נישט קיין געלט? עס איז שוין‬ ‫מו"ה שלמה דוב גרינהויט הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫אויסגעלערט די קאסע?‪...‬‬ ‫לרגל הבר מצוה לנכדו בן חתונו מו"ה יואל אפרים ווייס הי"ו (ק"י)‬ ‫מו"ה אהרן יוסף מנחם הכהן לאנדא הי"ו (ק"י)‬ ‫לרגל נשואי נכדו אצל בנו מו"ה שמואל זאב הי"ו (ק"י)‬ ‫איז דאך טייטש אז מיר זענען שולדיג‪ ,‬איז דאך א סימן וואס מען ברויך צו טאן‪ ,‬עס‬ ‫מו"ה שמואל נתנאל יאזשעף הי"ו (ק"י)‬ ‫ווענדט זיך דאך אין אונז‪ ,‬דער שפע קומט דאך פון אונזערע מעשים‪.‬‬ ‫לרגל נשואי בתו תחי'‬ ‫מו"ה מרדכי גאלד הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫אז מען האט נישט קיין מדת בטחון‪ ,‬מען פארלאזט זיך נישט אויפ'ן אויבערשטן‪,‬‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫מו"ה אהרן גרשון ענגל הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫וויאזוי קען זיין גוט? זיי מיינען אז איך‪ ,‬כוחי ועוצם ידי‪ .‬אז איך וועל יענעם‬ ‫לרגל הולדת הנכדות תחי'‬ ‫מו"ה נח משה שטיינבערג הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫צעברעכן‪ ,‬איך וועל אים אויסכאפן די קונים‪ ,‬איך וועל אים דאס טאן‪ ,‬דעמאלטס‬ ‫לרגל הולדת הנכדה אצל בנו מו"ה יואל ני"ו‬ ‫מו"ה אלי' ענגלענדער הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫וועל איך מצליח זיין‪ .‬קען דאס זיין גוט? אז איך וועל נישט פאלגן ביים בית דין‪ ,‬איך‬ ‫לרגל הולדת נכדו אצל בנו מו"ה יואל הי"ו‬ ‫וועל נישט פאלגן א רב‪ ,‬דעמאלטס וועט זיין גוט? איז דאס מעגליך אז דער וועג‬ ‫וואס איך פיר מיך‪ ,‬אז דאס זאל זיין גוט?‬