שבת טיש מעשה - אידיש · Shabbos Tish Ma'aseh - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
א מעשה ביים
3 שבת טיש
די פארטוישטע בריוון
אין דער שטאט פילעוו האט געוואוינט א איד .ער האט זיך
שווער געמוטשעט צו פארדינען געלט .ער האט באשלאסן
צו פארן קיין לאנדאן .אפשר וועט אים דארט גיין בעסער.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 1
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
אין לאנדאן האט אים דער אייבערשטער געהאלפן .זיינע
געשעפטן זענען גוט געגאנגען .מיט דער צייט האט ער
פארדינט אסאך געלט און געווארן א גרויסער עושר.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 2
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
מיט דער צייט איז דער איד זייער קראנק געווארן .ער האט
געשפירט אז ער וועט שוין נישט לאנג לעבן .ער האט
גערופן דעם רב פון לאנדאן און אים דערציילט אז זיינע
קינדער וואוינען אין פילעוו ,אין פוילן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 3
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער איד האט געגעבן זיין געלט פארן רב .ער האט אים
געבעטן צו היטן דאס געלט .נאך זיין פטירה זאל דער רב
לאזן וויסן פאר זיינע קינדער ,אז זיי זאלן קומען נעמען דאס
געלט וואס ער לאזט זיי איבער.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 4
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
נאך דער פטירה פונעם איד האט דער רב פון לאנדאן
געשריבן א בריוו צום רב פון פילעוו .ער האט אים געבעטן
צו זאגן פאר די קינדער ,אז זיי זאלן קומען קיין לאנדאן.
דארט ווארט אויף זיי דאס געלט וואס זייער טאטע האט זיי
איבערגעלאזט.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 5
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער רב פון פילעוו האט גערופן די צוויי זין און זיי געוויזן
דעם בריוו .נאכן זיצן שבעה זענען זיי געפארן קיין לאנדאן.
זיי האבן מיטגענומען א בריוו פון זייער רב .אין דעם בריוו
איז געשטאנען אז זיי זענען די קינדער וואס דארפן
באקומען דאס געלט.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 6
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
די ברידער האבן געוויזן דעם בריוו פארן רב פון לאנדאן.
דער רב האט זיי געגעבן זייער טאטנס געלט .זיי האבן אים
באדאנקט און זענען געפארן אהיים.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 7
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
די ברידער האבן געוואוסט אז זיי דארפן גוט היטן דאס
געלט .זיי האבן אפגעמאכט אז איינער פון זיי זאל אלעמאל
בלייבן ביים וואגן .אזוי וועט דאס געלט נישט בלייבן אליין,
אן איינער זאל עס היטן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 8
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
אבער אונטערוועגנס איז דאס געלט פארשוואונדן! די
ברידער זענען געווארן זייער דערשראקן .דאס געלט וואס
זייער טאטע האט זיי איבערגעלאזט איז נישט געווען דא.
זיי האבן נישט געוואוסט ווער עס האט דאס גענומען.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 9
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
די ברידער זענען צוריקגעקומען קיין פילעוו און דערציילט
דעם רב וואס עס איז געשען .דער רב האט געזאגט אז דער
ברודער וואס איז געווען אליין ביים וואגן דארף שווערן אז
ער האט נישט גענומען דאס געלט .דער רב האט באשטימט
א טאג ווען ער זאל שווערן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 10
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
נאך איידער יענער טאג איז געקומען ,זענען די ברידער
געפארן צום הייליגן קאזשניצער מגיד זי"ע .דער מגיד זי"ע
האט אויסגעהערט זייער מעשה .ער האט געזאגט אז
קיינער פון די ברידער האט נישט גענומען דאס געלט .דער
גנב איז א סאלדאט אין פילעוו! דער מגיד זי"ע האט זיי
געזאגט ווי אזוי אים צו געפינען.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 11
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער מגיד זי"ע האט זיי געהייסן בעטן דעם גענעראל
צוזאמענרופן אלע סאלדאטן .די ברידער זאלן גיין צווישן
זיי .דער סאלדאט וואס וועט זיי אנשרייען ,איז דער גנב!
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 12
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
די ברידער זענען צוריקגעקומען קיין פילעוו .זיי האבן געטון
ווי דער מגיד זי"ע האט זיי געהייסן .דער גענעראל האט
צוזאמענגערופן די סאלדאטן און זיי אויסגעשטעלט אין א
שורה.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 13
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
די ברידער זענען געגאנגען צווישן די סאלדאטן .זיי האבן
גוט געקוקט אויף יעדן איינעם .אבער קיינער האט זיי נישט
אנגעשריגן .זיי האבן נישט געקענט וויסן ווער דער גנב איז.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 14
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
"מסתמא פעלט דא א סאלדאט" ,האבן די ברידער
פארשטאנען .דער גענעראל האט געהייסן ציילן די
סאלדאטן .מען האט זיי געציילט .טאקע ,איין סאלדאט איז
נישט געווען דא!
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 15
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
מען האט אנגעהויבן זוכן דעם סאלדאט וואס האט
געפעלט .ענדליך האט מען אים געפונען .מען האט אים
געברענגט צום גענעראל און אים געשטעלט צווישן די
אנדערע סאלדאטן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 16
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
יעצט זענען אלע סאלדאטן געווען דא .די ברידער זענען
נאכאמאל געגאנגען צווישן זיי .זיי האבן געוואלט געפינען
דעם גנב ,אזוי ווי דער מגיד זי"ע האט זיי געזאגט.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 17
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
די ברידער זענען אנגעקומען צו דעם סאלדאט וואס מען
האט יעצט געברענגט .ער האט זיי שטארק אנגעשריגן.
"דאס איז דער גנב!" האבן זיי גלייך געזאגט פארן גענעראל.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 18
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
"איך האב נישט גענומען דאס געלט!" האט דער סאלדאט
געזאגט .ער האט נישט געוואלט זאגן דעם אמת .ער האט
נישט געוואלט מודה זיין אז ער איז דער גנב.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 19
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער גענעראל האט געהייסן געבן דעם סאלדאט קלעפ ,ביז
ער וועט זאגן דעם אמת .אבער דער סאלדאט האט נאך אלץ
געזאגט אז ער האט נישט גענומען דאס געלט .אפילו די
קלעפ האבן נישט געהאלפן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 20
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
פלוצלינג האט דער סאלדאט געזען אן אלטן מאן מיט א
שטעקן .דאס איז געווען דער הייליגער קאזשניצער מגיד
זי"ע! "זאג דעם אמת!" האט דער מגיד זי"ע אים געזאגט.
"אויב דו וועסט נישט מודה זיין ,וועל איך דיר שלאגן מיטן
שטעקן".
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 21
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער סאלדאט איז געווארן זייער דערשראקן .ער האט
אנגעהויבן שרייען" :איך בין דער גנב!" ער האט גלייך
געוויזן וואו ער האט באהאלטן דאס געלט.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 22
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
מען האט ארויסגענומען דאס געלט .די ברידער האבן
צוריקבאקומען דאס געלט וואס זייער טאטע האט זיי
איבערגעלאזט .דער גענעראל האט זיך געוואונדערט" :ער
האט באקומען קלעפ און נישט געזאגט דעם אמת .יעצט
האט מען אים נישט געגעבן נאך קלעפ ,און ער האט אלעס
דערציילט .וואס איז דא געשען?"
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 23
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער גענעראל האט געפרעגט דעם סאלדאט" :פארוואס
האסטו יעצט געזאגט דעם אמת?" דער סאלדאט האט
געענטפערט" :איך האב געזען אן אלטן מאן מיט א שטעקן.
ער האט מיר געהייסן זאגן דעם אמת!" די ברידער האבן
פארשטאנען :דאס איז געווען דער הייליגער קאזשניצער
מגיד זי"ע.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 24
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער גענעראל איז געגאנגען צום פרינץ פון פילעוו .ער האט
אים דערציילט די גאנצע מעשה .דער פרינץ האט געוואלט
זען דעם מגיד זי"ע.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 25
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער פרינץ האט געשיקט סאלדאטן קיין קאזשניץ" .ברענגט
דעם מגיד זי"ע צו מיר!" האט ער זיי געהייסן .די סאלדאטן
זענען ארויסגעפארן אויף זייערע פערד.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 26
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
די סאלדאטן זענען אנגעקומען צום הויז פונעם מגיד זי"ע.
זיי זענען געווארן זייער דערשראקן .זיי האבן נישט געקענט
אראפגיין פון זייערע פערד .מען האט עס דערציילט פארן
מגיד זי"ע.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 27
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער מגיד זי"ע האט געשיקט זיין שמש ארויס פרעגן די
סאלדאטן" :וואס ווילט איר?" אבער זיי זענען געווען אזוי
דערשראקן ,אז זיי האבן נישט געקענט זאגן קיין ווארט.
דער מגיד זי"ע האט געהייסן דעם שמש נעמען זיין שטעקן
און זיי נאכאמאל פרעגן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 28
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער שמש האט גענומען דעם שטעקן און נאכאמאל
געפרעגט די סאלדאטן .יעצט האבן זיי שוין געקענט רעדן.
"דער פרינץ האט אונז געשיקט" ,האבן זיי געזאגט" .מיר
דארפן ברענגען דעם מגיד זי"ע צו אים".
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 29
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער שמש האט עס דערציילט פארן מגיד זי"ע" .איך גיי
נישט צום פרינץ" ,האט דער מגיד זי"ע געזאגט" .זאג אים
אז ער וועט מיר נישט קענען טון קיין שלעכטס .און זאג
אים נאך עפעס :די צוויי בריוון וואס ער האט היינט
געשיקט ,זענען פארטוישט געווארן!"
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 30
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
די סאלדאטן זענען צוריק צום פרינץ און אים דערציילט
וואס דער מגיד זי"ע האט געזאגט .דער פרינץ איז געווארן
זייער דערשראקן .ער האט געשיקט צוויי בריוון .אין
איינעם האט ער געהייסן העלפן פראנקרייך אין דער
מל חמה קעגן רוסלאנד .אין צווייטן האט ער געשריבן צום
רוסישן קייסער אז ער איז אויף זיין זייט .אויב יעדער וועט
באקומען דעם אומריכטיגן בריוו ,וועט מען זען אז ער זאגט
פאר יעדן עפעס אנדערש!
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 31
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
דער פרינץ האט גלייך געשיקט א רייטער אויף א שנעלן
פערד" .יאג נאך די בריוון און ברענג זיי צוריק!" האט ער
געהייסן .ער האט נישט געוואלט אז די אומריכטיגע
מענטשן זאלן זיי לייענען.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 32
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
פון דעמאלט אן האט דער פרינץ געהאט גרויס דרך ארץ
פארן הייליגן קאזשניצער מגיד זי"ע.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 33
פרשת לך לך תשפ״ז בס"ד
די פארטוישטע בריוון
מיר ווילן זיך זייער באדאנקען פאר אלע וואס האבן איבערגעלאזט גריסן און
פידבעק .עס גיבט אונז אסאך חיות און כ ח אנצוגיין ווייטער.
יישר כ ח אויך פאר אלע וואס מאכן קאפיעס פונעם גיליון .עס איז פאר אונז א
גרויסע זכי'! מיר בעטן נאר אז ווען מען מאכט קאפיעס ,זאל מען ביטע זיכער
מאכן אז:
די לעצטע בלאט ,וואס האט אונזער אינפארמאציע ,ווערט אויך
מיטגעגעבן.
א גרויסן יישר כח!
פאר סיי וועלכע שאלות אדער הערות ,אדער אויב איר ווילט
ארויסהעלפן מיט די הוצאות פון ארויסגעבן די ביכער ,קענט איר
אונז שטענדיג שיקן א טעקסט אדער איבערלאזן א וואויסמעסעיל
ביי:
(718) 635-0616
צו ארויפשרייבן אויף די ליסטע עס צו באקומען אטאמאטיש יעדע זונטאג 9
אזייגער אויף אימעיל ,קענט איר שיקן אן אימעיל צו
shabbostishmasa@zohomail.comמיט די ווארט ""subscribe
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 34
