gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

מוציא לאור: סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish

שבוע: לך לך (2026-10-19)

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — לך לך (2026-10-19)

פתח את ה-PDF הורדה

‫ב"ה‪ .‬גליון ג' פ' לך תשפ"ז לפ"ק‬ ‫היימישער "שבת טיש" שמועס צווישן‬ ‫אונזער טאטע שליט"א‪ ,‬אונזערע ברודערס‪,‬‬ ‫'ליפא' (ישיבה גדולה) אונזער 'יואל'יש'‬ ‫(יעצט אנגעהויבן כיתה ט') און פון 'זלמן‬ ‫לייב' וואס גייט שוין ב"ה אין כיתה ו'!‬ ‫טאטע‪ :‬אה‪ ...‬לכבוד שבת קודש‪ ...‬די זופ האט ממש א טעם גן עדן‪ ,‬עטס האטס געהערט קינדער ווי דער בעל תפלה האט אראפגעזינגען דעם "קל‬ ‫עליון קונה שמים וארץ" נאך ויכולו!?‬ ‫יואל'יש‪ :‬יא‪ ,‬אייביג ווען ר' הערשל גייט צו צום עמוד דאווענט ער שיין!‬ ‫טאטע‪ :‬ער האט מיר פריער געזאגט אויפן וועג אהיים פון ביהמ"ד‪ ,‬אז בשעת'ן זאגן די ווערטער האט ער אינזינען געהאט אז דאס זענען ממש די זעלבע‬ ‫ווערטער וואס שם בן נח האט געזאגט פאר אברהם בשעת ער האט אים געבענטשט "ברוך אברם לקל עליון קנה שמים וארץ"! און אויך די זעלבע‬ ‫וואס אברהם אבינו האט געזאגט פארן מלך סדום ‪ ,‬ווען דער קעניג פון סדום האט געזאגט פאר אברהם "תן לי הנפש והרכוש קח לך"‪ ,‬האט אברהם‬ ‫געענטפערט "הרמתי ידי אל ה' קל עליון קנה שמים וארץ"! ער האט געשוואוירן אז וואס!? "אם מחוט ועד שרך נעל"‪ ,‬אפילו א פאדעם מיט א שוך‬ ‫בענדל וועל איך נישט נעמען פונעם קעניג פון סדום!‬ ‫ליפא‪ :‬אינטערעסאנט אז סיי שם בן נח און סיי אברהם האבן געזאגט ממש דעם זעלבן לשון‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬יא טאקע אזוי‪ ,‬דער רבי ברענגט צו דעם רמב"ן‪ ,‬אז סיי וואס עס געשעט במשך אלע יארן איז מרומז אין די ערשטע פרשה פון בריאת שמים‬ ‫וארץ ביי ששת ימי בראשית‪ ,‬במילא האט שם בן נח געזאגט דוקא דעם לשון פון 'קל עליון קנה שמים וארץ'‪ ,‬ווייל נאך פון בריאת שמים וארץ איז‬ ‫שוין אברהם געווען אנגעגרייט צו ווערן געבענטשט!‬ ‫און פארוואס האט עס אברהם אבינו איבערגענוצט? זאגט דער אבן עזרא‪ ,‬אז אברהם אבינו האט געזאגט דוקא דעם זעלבן לשון ווי שם בן נח‪ ,‬ווייל‬ ‫ער האט געוואלט ארויסברענגען פארן מלך סדום אז ער שווערט אין נאמען פונעם אויבערשטן‪ ,‬וואס מיט דעם נאמען פון השי"ת האט אים שם בן נח‬ ‫געבענטשט!‬ ‫אינטערסאנט צו פארציילן‪ ,‬אמאל האט א מנהל פון איינע פון די מוסדות אין ארץ ישראל זיך מתמרמר געווען פארן רבי'ן אז עס איז זייער שווער צו‬ ‫האלטן די מוסדות על טהרת הקודש אן צו נעמען שטיצע פון די ציונים‪ ,‬האט אים דער רבי זי"ע געענטפערט אז אברהם אבינו האט דאך געשוואוירן‬ ‫"הרימותי ידי"‪ ,‬אז ער וועט נישט נהנה זיין פון דעם מלך סדום‪ ,‬ווייל דאס האט דער מלך סדום געוואלט‪ ,‬ער זאל יא נעמען זיין געלט‪ ,‬אבער אין מדרש‬ ‫איז דא א פשט אז "הרימותי" מיינט א 'תפלה'‪ ,‬האט דער רבי מסביר געווען‪ ,‬אברם אבינו האט מתפלל געווען אז ער זאל קענען ביישטיין דעם נסיון‬ ‫נישט נהנה צו זיין פונעם רכוש סדום! דאס זעלבע ‪ -‬האט דער רבי געזאגט פאר דעם מנהל ‪ ,-‬מען דארף טאקע שטענדיג מתפלל זיין דערויף אז מען‬ ‫זאל קענען ביישטיין דעם נסיון!‬ ‫יואל'יש‪ :‬און "תפלה עושה מחצה"‪ ,‬תפלה העלפט זיכער! בפרט אז מען האט אינזינען לשם שמים‪.‬‬ ‫איך האב אבער געוואלט פארשטיין‪ ,‬אויב שם בן נח איז געווען א כהן פארוואס האט אים אברהם אבינו געגעבן נאר מעשר?! פארוואס האט ער אים‬ ‫נישט געגעבן קיין תרומה?‬ ‫טאטע‪ :‬זייער גוט געפרעגט‪ ,‬דער רבי ברענגט פון ישמח משה‪ ,‬אז באמת האט די גאנצע רכוש פונעם מלך סדום באלאנגט פאר אברהם אבינו‪ ,‬ווייל‬ ‫"המציל מזוטו של ים"‪ ,‬דאס מיינט איינער וואס זעהט א פארמעגן וואס גייט במילא חרוב און דער בעל הבית קען עס נישט ראטעווען און ער ראטעוועט‬ ‫עס יא אפ‪ ,‬באלאנגט עס פאר דעם וואס ראטעוועט עס‪ ,‬נאר וואס דען‪ ,‬עס איז א מדת חסידות עס צוריקצוגעבן‪ .‬דא האט אלעס אברהם אבינו‬ ‫געראטעוועט‪ ,‬מן הדין באלאנגט עס פאר אים און ער קען עס צוריק געבן אלץ מדת החסידות‪ ,‬אבער אברהם אבינו האט געוואוסט אז אויב ער וועט‬ ‫עס צוריקגעבן פארן מלך סדום וועט ער דאך נישט געבן קיין מעשר‪ ,‬און מען קען נישט שאדן מאכן די מעשר צוליב א מדת חסידות‪.‬‬ ‫ווייטער אויב זאל ער יא געבן מעשר דערפון און נאר צוריקגעבן די איבריגע‪ ,‬איז דאך דא א חשש אז דער מלך סדום וועט זאגן "אני העשרתי את‬ ‫אברם"‪ ,‬אז אברהם אבינו'ס רייכקייט קומט אין זכות פון די מעשר פון זיינע פארמעגנס‪ ,‬ווייל די סגולה פון מעשר איז דאך צו ווערן רייך‪ ,‬ווי עס שטייט‬ ‫"עשר תעשר‪ ,‬עשר בשביל שתתעשר"‪ ,‬במילא האט אברהם אבינו געטאן אן קלוגע עצה‪ :‬פארן מלך סדום האט ער צוריקגעגעבן דאס גאנצע געלט‪,‬‬ ‫און מעשר האט אברהם אבינו געגעבן פון זיין אייגענע פריוואטע פארמעגן!‬ ‫יואל'יש‪ :‬כ'פארשטיי נישט‪ ...‬איז וויאזוי איז יעצט פארענטפערט מיין קושי' פארוואס ער גיבט נישט קיין תרומה?‬ ‫טאטע‪ :‬ווארט א מינוט‪ ,‬כאפ נישט קיין הייסע לאקשען (לאז עס אין דיין טעללער‪ ,)...‬דאס וואס איך האב דיר פריער געזאגט איז פונעם הייליגן ישמח‬ ‫משה‪ ,‬יעצט לייגט דער רבי צו‪ ,‬אז די עצה פון אברהם וועט נאר ארבייטן אויף מעשר‪ ,‬אבער תרומה נישט‪ ,‬פארוואס? ווייל ביי תרומה איז דא א הלכה‬ ‫אז מען קען עס נישט אפשיידן נאר "מן המוקף"‪ ,‬דאס מיינט‪ ,‬מען מוז געבן תרומה ווען מען שטייט נעבן די תבואה‪ .‬און דאס איז שוין א פראבלעם‬ ‫דא‪ ,‬ווייל אברהם אבינו שטייט דאך נישט דארט נעבן די פארמעגנס‪ ,‬ער האט שוין אלעס צוריק געגעבן!‬ ‫נאך א פראבלעם‪ :‬תרומה טאר מען נישט מפריש זיין פון טהור'ע אויף טמא'נע‪ ,‬נאר טהור אויף טהור און טמא אויף טמא‪ .‬יעצט דער רכוש מלך סדום‬ ‫איז דאך געווען טמא‪ ,‬וואס דאס איז דאך געווען דער ציל פונעם מלך סדום צו געבן פון זיינע טמא'נע געלטער פאר אברהם‪ ,‬ווי דער רבי ברענגט פונעם‬ ‫אגרא דכלה דער באגריף פון 'כח הפועל בנפעל'‪ ,‬דאס מיינט אז אויב מען איז נהנה פון נישט ערליך געלט‪ ,‬ווערט מען נאכגעשלעפט‪ ,‬האט אברהם‬ ‫אבינו דוקא נישט געוואלט נהנה זיין דערפון‪ ,‬קומט אויס אז אויב אברהם אבינו גיבט תר ומה פון זיינע טהור'ע פארמעגנס אויף יענע טמא'נע פארמעגנס‬ ‫איז ער נישט מקיים קיין מצות תרומה‪.‬‬ ‫במילא האט אברהם טאקע נישט געהאט די עצה פון געבן זיין אייגענע געלט אויף די תרומה‪ ,‬נאר ער האט געמוזט אראפנעמען פון דעם רכוש מלך‬ ‫סדום‪ ,‬אבער געבן פאר שם בן נח האט ער דאך אויך נישט געוואלט‪ ,‬ווייל עס איז דאך למעשה געווען טמא‪ ,‬במילא האט ער עס געמוזט פארברענען‪,‬‬ ‫דערפאר האט ער אים נאר געגעבן מעשר און נישט קיין תרומה!‬ ‫ליפא‪ :‬וואו‪ ...‬ממש א פשעטל! עס איז הפלא ופלא וואו דער רבי בויט אזוינע בנינים אויף א ענין וואס ווערט בכלל נישט דערמאנט אין די ראשונים‬ ‫אדער די מפרשי התורה!‬ ‫איך האב געזען אין ספר עבודת הצדיקים צוברענגען פונעם גרויסן גאון וצדיק דער קול ארי' זצ"ל‪ ,‬ער פלעגט טייטשן אויף די פסוקים וואס מיר רעדן‬ ‫יעצט‪" ,‬ויאמר מלך סדם אל אברם תן לי הנפש והרכש קח לך‪ .‬ויאמר אברם הרימותי ידי וכו' אם מחוט ועד שרוך נעל ואם אקח מכל אשר לך ולא‬ ‫תאמר אני העשרתי את אברם"‪ ,‬אז בשעת די גזירות ת"ח‪-‬ת"ט‪...‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬וואס מיינט ת"ח–ת"ט?‬ ‫טאטע‪ :‬דאס זענען געווען איינע פון די שווערסטע תקופות ביי כלל ישראל‪ ,‬ווען די פארשאלטענע קרייץ ציגלער האבן רח"ל אויסגע'הרג'ט גאנצע‬ ‫שטעט אין אייראפא ה"י‪ .‬נו ליפא‪ ,‬זאג ווייטער‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬האט דער גרויסער צדיק און מקובל הרה"ק רבי שמשון פון אוסטראפאליא זי"ע הי"ד באשוואוירן דעם ס"ם אז ער זאל אים זאגן פארוואס ער‬ ‫טוט דאס מיט די אידן‪ .‬האט אים דער ס"ם מגלה געווען אז ער איז נישט מסכים צו די שמירת התורה והמצוות וואס אידישע קינדער זענען מקיים‪,‬‬ ‫אויב זיי וועלן אביסל נאכלאזן דערפון וועט ער זיי צורוה לאזן‪ ,‬און לאזן האבן אלעס גוטס אויף דער וועלט‪ .‬האט אים דער צדיק וקדוש רבי שמשון‬ ‫געענטפערט אזוי‪ ,‬אפילו אויב מען וועט זיך דארפן אויס'שחט'ן כדאי נישט נאכצולאזן פון א "ערקתא דמסאני"‪ ,‬דאס מיינט מען גיבט אכטונג זיך נישט‬ ‫צו טוישן אפילו די קאליר פונעם שוך בענדל צו גיין ווי די גוי ם‪ ,‬וועט מען האבן מסירות נפש אויף דעם אויך‪ ,‬און מען וועט גארנישט נאכלאזן!‬ ‫מיט דעם טייטשט דער קול ארי' זייער שיין‪" ,‬ויאמר מלך סדום" דאס איז דער ס"ם‪" ,‬אל אברם" צום יודיש קינד‪" ,‬תן לי הנפש"‪ ,‬לאז נאך אביסל פון‬ ‫דיינע עניני הנפש די אידישקייט‪" ,‬והרכוש קח לך"‪ ,‬און איך וועל דיר לאזן האבן אלעס גוטס אויף דער וועלט‪" .‬ויאמר אברם הרימותי ידי וכו'"‪ ,‬האט‬ ‫אים אברהם אבינו געענטפערט‪" ,‬אם מחוט ועד שרוך נעל"‪ ,‬אפילו א שוך בענדל וועל איך נישט מוותר זיין‪ ,‬נאר האבן מסירות נפש אויף יעדן ריר פון‬ ‫שמירת תורה והמצוות‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬ליפא איך האב זייער הנאה פון דיר אז די קוקסט אין שיינע ספרים צו קענען נאכזאגן ביי די סעודה‪ ,‬און טאקע אין היימישע ספרים‪.‬‬ ‫יואל'יש‪ :‬איך האב אויך געזעהן אין ספה"ק דברי יואל נאך א שיינע תירוץ פארוואס ער האט אים נאר געגעבן מעשר און נישט קיין תרומה‪ ,‬ווייל דער‬ ‫לבוש ברענגט אז נח ווען ער איז ארויס פון די תיבה איז ער געווען א בעל מום‪ ,‬ווייל דער לייב האט אים געשלאגן אויף די קני און עס האט זיך צובראכן‪,‬‬ ‫במילא האט נח געמוזט איבערגעבן דעם עבודה פון מקריב זיין קרבנות פאר זיין זון שם‪ ,‬און פון דעמאלטס איז שם בן נח געווען דער כהן ביז די צייטן‬ ‫פון אברהם אבינו‪.‬‬ ‫דעמאלטס פארוואס האט שם פארלוירן די כהונה שפעטער? דער סיבה דערפון איז ווייל ער האט געבענטשט אברהם נאך פאר ער האט געבענטשט‬ ‫דעם אויבערשטן‪ ,‬ווי דער פסוק זאגט "ברוך אברם וכו'" און ערשט דערנאך "ברוך קל עליון וכו'"‪ ,‬און די גמרא זאגט אז אברהם האט אים טאקע‬ ‫פארגעהאלטן דערויף און געפרעגט‪" ,‬וכי מקדימין ברכת עבד לברכת קונו?"‪ ,‬פאסט דען צו פעדערן די ברכה פארן קנעכט נאך בעפאר די ברכה פארן‬ ‫הער? און פון דעמאלטס און ווייטער האט עס אברהם אבינו באקומען‪.‬‬ ‫קומט אויס א וואונדערליכע זאך‪ ,‬אז אין יענע מינוט‪ ,‬ווי נאר אברהם אבינו האט געהערט פון שם ווי ער איז מקדים 'ברכת עבד' צו 'ברכת קונו'‪ ,‬האט‬ ‫ער שוין געזעהן דעם חורבן פון שם‪ ,‬ער האט שוין פארשטאנען אז מהיום והלאה וועט שוין שם מער נישט קענען זיין דער כהן‪ ,‬און אז שם וועט נישט‬ ‫זיין קיין כהן וועט ער אים שוין מער נישט קענען געבן קיין מעשר‪ ,‬נאר אדרבה יעדער וועט קומען צו אים אברהם צו געבן תרומות ומעשרות‪ ,‬במילא‬ ‫זאגט דער פסוק "ויתן לו מעשר מכל"‪ ,‬אברהם אבינו האט אריינגעכאפט שנעל צו געבן דאס לעצטע מאל מעשר פון אלע זיינע פארמעגנ'ס‪...‬‬ ‫אבער דאס איז נאר גוט ביי מעשר‪ ,‬אבער תרומה טאר מען דאך נישט געבן פאר קיין זר‪ ,‬און אז אברהם ווייסט שוין פון פאראויס אז שם וועט ווערן‬ ‫אויס כהן קען ער אים שוין יעצט נישט געבן תרומה על פי הלכה!‬ ‫זלמן לייב‪ :‬מיין רבי האט נאכגעזאגט א הערליכע רמז פונעם באקאנטן גאון און צדיק ר' אשר זעליג מרגליות זצ"ל‪ ,‬דאס איז געווען בשנת תשי"ג ווען‬ ‫דער ירושלים'ער רב הגאון ר' זעליג ראובן בענגיס זצ"ל איז נפטר געווארן‪ ,‬האט ר' אשר זעליג ז"ל געזאגט ביי די לוי' אז מען דארף אויפנעמען דעם‬ ‫סאטמאר'ן רב פאר גאב"ד ירושלים‪ ,‬און צוגעלייגט אז ער האט א ראי' פונעם פסוק די וואך וואו עס שטייט "ומלכי צדק מלך שלם"‪ .‬דער רמז איז אזוי‪,‬‬ ‫"ומלכי צדק מלך שלם" מיינט דאך דער מלך ירושלים‪ ,‬ווער וועט דאס זיין? 'הוציא'‪ ,‬דאס קען מען ארויסלערנען‪" ,‬לחם ויין"‪ ,‬פון די ‪ 2‬פסוקים וואס‬ ‫רעדט זיך פון לחם ויין‪ ,‬דער פסוק פון לחם איז "ו'לחם ל'בב א'נוש י'סעד"‪ ,‬וואס דאס איז די ר"ת פון יואל דעם רבינ'ס הייליגע נאמען‪ ,‬און אויך וויין‬ ‫איז ראשי תיבות "ו'יין י'שמח ל'בב א'נוש"‪ ,‬אויך ר"ת יואל‪...‬‬ ‫טאטע‪ :‬למעשה האט דער רבי נישט געוואלט אננעמען דאס רבנות דארט אין ירושלים‪ ,‬ווייל ער האט נאך געהאלטן אינמיטן אויפשטעלן אידישקייט‬ ‫אין אמעריקע‪ .‬אין א בריוו (א' חקת ר"ח תמוז תשי"ג) שרייבט דארט דער רבי צווישן אנדערע אז מען האלט אצינד אינמיטן די ארבעט "בהעמדת‬ ‫תלמוד תורה והישיבה החשובה בקיבוץ חשוב מישראל על דרך ישראל סבא‪ ,‬ממש בלי הפרש מבמאה שערים שבירושלים וסאקמער ושארי עיירות‬ ‫שמקדמת דנא"!‬ ‫זלמן לייב‪ :‬מיין רבי אין חדר זאגט אונז טאקע אז אסאך מאל טרעפט ער אין ביהמ"ד מנהלים פון די הייליגע מוסדות על טהרת הקודש אין ארץ ישראל‪,‬‬ ‫און זיי קענען זיך נישט גע נוג אפוואונדערן פון די איידלקייט פון די קינדער אין אמעריקא! אלעס אינעם רבינ'ס כח‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬ריכטיג‪ ,‬דער רבי האט דעמאלטס פארשטאנען‪ ,‬אז אויב ער לאזט אפ די ארבייט און ער גייט אויף ירושלים וועט דאס אלעס נישט צושטאנד‬ ‫קומען‪ .‬למעשה האט אבער דער רבי זי"ע אויך אנגענומען דאס רבנות אין ירושלים און זיך אונטערגענומען צו קומען א יעדע פיר יאר‪ ,‬און טאקע אין‬ ‫די יארן פון תשט"ו‪ ,‬תשי"ט‪ ,‬תשכ"ה איז דער רבי געפארן‪.‬‬ ‫בשנת תשט"ו איז ער דארט געווען בשעת די בחירות ממש‪ ,‬און דער רבי האט געהאלטן פילע דרשות אקעגן אנטייל נעמען אין די בחירות האסורות‪.‬‬ ‫ווי פארשטענדליך אז די דברות קודש און די השפעה פון רבי'ן האט טאקע צוריק געהאלטן פילע ערליכע אידן פון אנטייל צו נעמען‪ ,‬טראץ די גרויסע‬ ‫פראפאגאנדע און מוח וואשונג וואס קומט דארט פאר פאר די בחירות‪.‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬מיין רבי אין חדר האט טאקע געזאגט די וואך אז אזוי ווי נעקסטע וואך גייט ליידער פארקומען בחירות אין ארץ ישראל‪ ,‬וועט ער פארלערנען‬ ‫אפאר שטיקלעך פון ספה"ק ויואל משה איבער די הארבקייט פון אנטיילנעמען אין די בחירות‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬איינמאל פאר דער רבי האט פארלאזט ארץ ישראל האבן זיך אלע תלמוד תורה קינדער פארזאמעלט אין ביהמ"ד א יעדע כיתה ביי אן‬ ‫עקסטערע טיש‪ ,‬און דער רבי האט פארהערט די סדרה‪ ,‬עס איז דעמאלטס געגאנגען פ' עקב‪ ,‬און דער רבי האט געפרעגט פון א יונגל וואס עס טייטש‬ ‫דאס ווארט "עקב"‪ ,‬האט ער געענטפערט אז רש"י זאגט א ז עס מיינט "די גרינגע מצוות וואס דער מענטש טרעט מיט די פוס"‪.‬‬ ‫האט דער רבי זיך צו אים אנגערופן או ן געזאגט "האסטו דען געזען מצוות וואס מען צוטרעט מיט די פוס? און בשעת מעשה גיבט זיך דער רבי א דריי‬ ‫אויס צום מנהל המוסדות הר"ר ליפא שווארץ ז"ל וואס איז געזיצן דארט און מיטגעהאלטן‪ ,‬און דער רבי זאגט אים מיט א שמייכל‪" ,‬ביי אונז פלעגט‬ ‫מען טייטשן 'עקב ווייל'‪ ,‬פונעם לשון "וואלען"‪ ,‬ווייל ביי די וואלען (בחירות) דארט טרעט מען אויף די מצוות מיט די פוס‪...‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬אבער באמת קען מען אויך טאן אסאך מצוות מיט די פוס‪ ,‬ווי למשל גיין א ווייטע וועג צו א שול‪ ,‬אדער גיין נאך געלט‪...‬‬ ‫טאטע‪ :‬אין הכי נמי‪ ,‬און נאך א מצוה וואס מען קען טון מיט די פוס האט אונז שוין ליפא פריער דערציילט‪ :‬צו האבן מסירות נפש נישט צו טוישן אפילו‬ ‫די שוך בענדל‪...‬‬ ‫דער רבי ברענגט טאקע די וואך דעם מדרש רבה וואס זאגט‪ ,‬אז איינע פון די סיבות פארוואס דער אויבערשטער האט נישט אויסגעזאגט פאר אברהם‬ ‫אבינו ווי ער דארף גיין‪ ,‬איז געווען כדי אים צו געבן שכר אויף א יעדע טריט עקסטער‪ ,‬לתת לו שכר על כל פסיעה ופסיעה‪.‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬אויב אברהם אבינו וואלט יא געוויסט אז ער דארף גיין קיין ארץ ישראל וואלט ער דען נישט באקומען שכר אויף א יעדע טריט?‬ ‫טאטע‪ :‬דער רבי פרעגט די קשיא און ענטפערט אזוי‪ ,‬ביי צדיקים שטייט "רצון יראיו יעשה"‪ ,‬דער באשעפער גיבט זיי נאך זייער רצון‪ ,‬ווען אברהם אבינו‬ ‫וואלט ווען געוואוסט ווי ער דארף גיין‪ ,‬וואלט ער געהאט אזא שטארקע חשק דערצו זוכה צו זיין צו קדושת הארץ‪ ,‬אז עס וואלט ווען געווען ראוי אז‬ ‫עס זאל אים געשען א נס פון קפיצת הארץ אין איין רגע‪ ,‬אבער דעמאלטס וואלט ער דאך פארלוירן די שכר פסיעות‪ ,‬וועגן דעם האט אים דער רבוש"ע‬ ‫נישט אויסגעזאגט ווי צו גיין!‬ ‫איך האב אמאל געהערט אז דאהי אין וויליאמסבורג אין די ערשטע יארן איז איינע פון די באס דרייווער ס געווען הרה"ח ר' יוסל דערשאוויץ ע"ה‪ ,‬אין‬ ‫אינדערוואכן‪ ,‬ווען ער פלעגט טרעפן מענטשן גיין אין שול‪ ,‬פלעגט ער זיי ארויפרופן אויפ'ן באס‪ ,‬כדי זיי זאלן אנקומען שנעלער‪ .‬ווען מענטשן פלעגן‬ ‫אים זאגן "נו ר' יאסל‪ ,‬שכר פסיעות"‪ ,‬פלעגט ער צו זאגן אזוי‪ ,‬ווען איר גייט מיט די פוס‪ ,‬הייבט איר אויף דעם פוס צווישן איין טריט אין די צווייטע‪,‬‬ ‫מיין רעדל לאזט נישט אויס קיין איין אינטש פונעם שאסיי‪...‬‬ ‫נו‪ ,‬יואל'יש הויב אן מה ידידות‪ ...‬דארט רעדט מען אויך פון א מצוה אין שבת וואס איז נוגע פאר די פוס‪ ...‬הילוכך תהא בנחת‪...‬‬ ‫פאר הערות אדער צו באקומען וועכנטליך דעם גליון דורך אימעיל שיקט א אימעיל צו‪:‬‬ ‫‪Thesatmartish@gmail.com‬‬