gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — וירא (2026-10-26)

מוציא לאור: אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive

שבוע: וירא (2026-10-26)

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — וירא (2026-10-26)

פתח את ה-PDF הורדה

‫קונטרס‬ ‫אמרי מנחם‬ ‫דברי תורה וסיפורי קודש‬ ‫מאת כבוד קדושת מרן‬ ‫רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע‬ ‫אדמו"ר משינאווא‬ ‫וירא‬ ‫גליון קס"ד ‪ -‬שנה ד' ‪ -‬שנת תשפ"ז לפ"ק‬ ‫· אידיש ·‬ ‫יו"ל ע"י‬ ‫כל הזכויות שמורות‬ ‫בס"ד‬ ‫להערות והארות‪:‬‬ ‫‪845.459.5954‬‬ ‫‪zy‬‬ ‫לקבלת הקונטרס מדי שבוע‪:‬‬ ‫‪mechonshinova@gmail.com‬‬ ‫צו הערן די‬ ‫דברי כיבושין והתחזקות‬ ‫רופט ‪718-400-7790‬‬ ‫מודעה חשובה‬ ‫מי שרוצה ליקח חלק‬ ‫בההוצאות הגליונות‬ ‫לרגל שמחה משפחתית‪ ,‬יארצייט‪ ,‬וכדו'‬ ‫נא לפנות אל המכון‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫וְ ַע ָּתה ָה ׁ ֵשב ֵא ׁ ֶשת ָה ִא ׁיש ּ ִכי נָ ִביא הוּא וְ יִ ְת ּ ַפ ֵּלל ַּב ַע ְד ָך וֶ ְחיֵ ה‬ ‫וְ ִאם ֵאינְ ָך ֵמ ׁ ִשיב דַּ ע ּ ִכי מוֹת ָּתמוּת ַא ָּתה וְ ָכל ֲא ׁ ֶשר לָ ְך‪.‬‬ ‫א) לכאורה‪ ,‬פארוואס פעלט נאך אויס דער 'וְ יִ ְת ּ ַפ ֵ ּלל ַ ּב ַע ְד ָך וֶ ְחיֵ ה'‪ ,‬אז‬ ‫אברהם זאל מתפלל זיין אז אבימלך זאל געזונט ווערן‪ ,‬אבימלך‬ ‫האט דאך איר נישט אנגערירט און יעצט גיבט ער איר צוריק‪ ,‬נו‪ ,‬איז‬ ‫דאך גארנישט געשען דא‪ ,‬און פארוואס פעלט נאך אויס די 'תפלה'‬ ‫פון אברהם?‬ ‫ב) דער מדרש זאגט (ב"ר נב‪ ,‬ח)‪" :‬ועתה השב אשת האיש כי נביא הוא‪,‬‬ ‫אמר לו מי מפייסו שלא נגעתי בה – אבימלך האט געפרעגט‪ ,‬ווער‬ ‫וועט לאזן וויסן פאר אברהם'ן אז איך האב נישט אנגערירט שרה'ן?‬ ‫"אמר לו כי נביא הוא" – האט אים דער אייבערשטער גע'ענטפערט‪,‬‬ ‫אז אברהם איז א 'נביא' און ער ווייסט דאס פון זיך אליינס‪" ,‬אמר לו‬ ‫מי מודיע לכל" – האט אבימלך ווייטער געפרעגט‪ ,‬ווער וועט לאזן‬ ‫וויסן פאר די גאנצע וועלט? "אמר לו ויתפלל בעדך וחיה" – האט דער‬ ‫אייבערשטער געענטפערט‪ ,‬אז אברהם וועט מתפלל זיין פאר דיר אז‬ ‫דו זאלסט האבן א רפואה‪ .‬לכאורה איז דער תשובה שלא מענין‬ ‫השאלה‪ ,‬אבימלך פרעגט‪ :‬ווער וועט לאזן וויסן פאר די גאנצע וועלט‬ ‫אז איך האב נישט געזינדיגט‪ ,‬און דער אייבערשטער ענטפערט אים‪:‬‬ ‫אברהם וועט בעטן פאר דיין רפואה‪ .‬וויאזוי ווערט דערמיט‬ ‫פארענטפערט זיין שאלה וואס ער האט געפרעגט?‬ ‫ׁ‬ ‫ׂ‬ ‫ג) ווייטער שטייט אין פסוק‪" :‬וַ ה' ּ ָפ ַקד ֶאת ָש ָרה ַּכ ֲא ֶשר ָא ָמר וגו' וַ ּ ַת ַהר‬ ‫ׂ‬ ‫וַ ּ ֵת ֶלד ָש ָרה ְל ַא ְב ָר ָהם ֵ ּבן"‪ .‬זאגט רש"י‪" :‬סמך פרשה זו‪ ,‬ללמדך שכל‬ ‫המבקש רחמים על חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה‪,‬‬ ‫שנאמר ויתפלל וסמיך ליה וה' פקד את שרה שפקדה כבר קודם שריפא‬ ‫את אבימלך" – דער לשון 'וה' פקד את שרה' איז משמע‪ ,‬אז דער‬ ‫אייבערשטער האט איר געהאלפן נאך איידער עס איז געווען דאס‬ ‫ג‬ ‫וואס שטייט פריער – אז דער אייבערשטער האט געהיילט אבימלך‬ ‫און זיין הויז געזונט‪ ,‬און פון דא לערנט מען ארויס‪ ,‬אז דער וואס איז‬ ‫מתפלל פארן חבר‪ ,‬און ער אליינס דארף אנקומען צו דעם זעלבן זאך‬ ‫– ווערט ער געהאלפן צום ערשט‪ ,‬נאך איידער יענער ווערט געהאלפן‪,‬‬ ‫און דערפאר‪ ,‬וויבאלד אברהם האט מתפלל געווען אויף אבימלך'ס‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫רפואה – איז ער געהאלפן געווארן פריער‪ .‬לכאורה‪ ,‬דער לימוד וואס‬ ‫מען לערנט ארויס אז 'המתפלל בעד חבירו וכו' הוא נענה תחלה' איז‬ ‫א 'דרש'‪ ,‬אבער עס דארף אויך האבן א פשט לויטן פשטות המעשה‪,‬‬ ‫וואס איז דא געווען צווישן אבימלך און שרה‪ ,‬אז שרה האט געדארפט‬ ‫נפקד ווערן איידער אבימלך איז געווארן אויסגעהיילט?‬ ‫ד) אויפן פסוק "וה' פקד את שרה" ‪ -‬שטעלט דער מדרש (ב"ר נג‪ ,‬ב) צו‬ ‫ֹ ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹׁ‬ ‫"ה ֱאנוש ֵמ ֱאלו ַק יִ ְצ ָ ּדק ִאם ֵמע ֵשה ּו יִ ְט ַהר ָ ּג ֶבר"‬ ‫דעם פסוק (איוב ד‪ ,‬יז)‪ַ :‬‬ ‫– צי דען קען א מענטש זיין גערעכט ביים אייבערשטן‪ ,‬צי דען קען א‬ ‫מענטש זיין ריין ביים באשעפער‪ .‬לכאורה איז דאס א פליאה עצומה‪,‬‬ ‫ווי קומט דא אהער דער פסוק צום וה' פקד את שרה?‬ ‫דער חומר פון 'עון חילול השם' אפילו בשוגג‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬די עבירה פון חילול השם איז פון די‬ ‫הארבסטע זאכן וואס זענען פארהאן; ווי די גמרא זאגט (יומא‬ ‫פו‪" :).‬מי שיש חילול השם בידו‪ ,‬אין לו כח בתשובה לתלות ולא ביום‬ ‫הכפורים לכפר ולא ביסורין למרק‪ ,‬אלא כולן תולין ומיתה ממרקת" –‬ ‫אויף דער עבירה פון חילול השם העלפט נישט גארנישט רחמנא‬ ‫ליצלן‪ .‬און אויך זאגט די גמרא (קידושין מ‪" :).‬אחד שוגג ואחד מזיד‬ ‫בחילול השם" – אפילו אויב ער איז נישט שולדיג‪ ,‬ווייל ער איז געווען‬ ‫א שוגג‪ ,‬דאך ווערט ער נענש דערויף‪ ,‬ווייל דער חומר פון חילול השם‬ ‫איז נורא נוראות‪.‬‬ ‫אבימלך האט גורם געווען א חילול השם 'מאבימלך נתעברה שרה'‬ ‫רש"י זאגט אנהייב פרשת תולדות (בראשית כה‪ ,‬יט)‪" :‬לפי שהיו ליצני‬ ‫הדור אומרים מאבימלך נתעברה שרה שהרי כמה שנים שהתה‬ ‫עם אברהם ולא נתעברה הימנו" – די 'ליצני הדור' זענען ארומגעגאנגען‬ ‫זאגן‪ ,‬אז שרה איז נתעבר געווארן פון אבימלך‪ .‬קומט דאך אויס‪ ,‬אז‬ ‫דער אבימלך האט דא גורם געווען א מורא'דיגן חילול שם שמים‪ ,‬אז‬ ‫ד‬ ‫מענטשן האבן געשמועסט אז די הייליגע צדיקת שרה האט חלילה‬ ‫געטון אזא זאך און נתעבר געווארן פון אבימלך‪ .‬און כאטש אבימלך‬ ‫איז געווען א שוגג‪ ,‬ווייל ער האט געמיינט אז זי איז זיין שוועסטער‪,‬‬ ‫און כאטש ער האט איר אפילו נישט אנגערירט‪ ,‬אבער אויף חילול‬ ‫השם העלפט נישט גארנישט! אויב איז דא ארויסגעקומען א חילול‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫השם דורך אים – ווערט ער נענש דערויף מיט עונשים קשים! און‬ ‫אויף דעם העלפט נישט קיין תשובה‪ ,‬און אויך נישט דאס וואס ער‬ ‫גיבט צוריק שרה פאר אברהם'ן‪ ,‬ווייל דער 'רינון' וואס מענטשן רעדן‬ ‫און זאגן‪ ,‬ענדיגט זיך נישט מיט דעם וואס ער גיבט איר צוריק‪.‬‬ ‫אבימלך פרעגט‪ :‬וויאזוי קען איך מבטל זיין דעם חילול השם וואס איך האב דא אנגעארבעט?‬ ‫דאס האט דער אבימלך געפרעגט‪" :‬מי מודיע לכל" – דו זאגסט מיר‬ ‫ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫"וְ ַע ּ ָתה ָה ֵשב ֵא ֶשת ָה ִאיש"‪ ,‬אבער איך דארף דאך דא מתקן זיין‬ ‫דעם חילול השם וואס איז דא ארויסגעקומען – וואס דאס איז דאך‬ ‫אזוי הארב און געפערליך‪ ,‬נו‪ ,‬וואס טוט מען דא צו דעם? וואס האב‬ ‫איך פון דעם וואס איך וועל איר צוריקגעבן? דאס איז דאך ווייט‬ ‫נישט גענוג‪ ,‬ווייל ווער וועט גיין מודיע זיין פאר די גאנצע וועלט אז‬ ‫די 'ליצני הדור' זענען ליגנער‪ ,‬זי איז נישט נתעבר געווארן פון מיר‪,‬‬ ‫און איך האב איר ניטאמאל אנגערירט?‬ ‫ויתפלל בעדך – אברהם וועט מבטל זיין דעם חילול השם מיט זיינע תפלות‬ ‫אויף דעם האט דער אייבערשטער אים געענטפערט‪" :‬וְ יִ ְת ּ ַפ ֵ ּלל‬ ‫ַ ּב ַע ְד ָך" – דו אבימלך קענסט טאקע נישט מתקן זיין דעם חילול‬ ‫השם וואס דו האסט גורם געווען‪ ,‬אבער אברהם אבינו האט אזא 'כח‬ ‫התפילה'‪ ,‬אז מיט זיין תפילה וועט ער אוועקנעמען דעם גאנצן 'רינון'‬ ‫און 'שם רע' וואס דער עולם רעדט‪ ,‬און איינמאל דער חילול השם‬ ‫וועט זיך אויפהערן – "וֶ ְחיֵ ה" וועסטו קענען ווערן אויסגעהיילט‪ ,‬דו‬ ‫וועסט ווערן צוריק געזונט‪.‬‬ ‫דורך אברהם'ס תפלות איז געווארן דער 'צר קלסתר פניו דומה לאברהם'‬ ‫ֹ‬ ‫און אויף דעם זאגט טאקע דער פסוק‪" :‬וַ ִ ּי ְת ּ ַפ ֵ ּלל ַא ְב ָר ָהם ֶאל ָה ֱאל ִקים‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ימ ֶל ְך וְ ֶאת ִא ְש ּתו וְ ַא ְמה ָתיו וַ ֵ ּי ֵלד ּו" – אברהם‬ ‫וַ ִ ּי ְר ּ ָפא ֱאל ִקים ֶאת ֲא ִב ֶ‬ ‫האט מתפלל געווען‪ ,‬און די תפלה פון אברהם האט אויפגעטון‬ ‫אוועקצונעמען דעם חילול השם‪ .‬וויאזוי איז דער חילול השם‬ ‫ה‬ ‫אוועקגעגאנגען? זאגט רש"י אין אנהייב פרשת תולדות‪" :‬מה עשה‬ ‫הקב"ה‪ ,‬צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם והעידו הכל אברהם‬ ‫הוליד את יצחק" – דער אייבערשטער האט אויסגעפארעמט דעם‬ ‫פנים פון יצחק ענליך צו אברהם‪ ,‬און יעדער האט מודה געווען אז זי‬ ‫איז נתעבר געווארן פון אברהם און נישט פון אבימלך‪ .‬עס איז משמע‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫פון לשון רש"י‪ ,‬אז דאס איז געווען א 'נס שלא כדרך הטבע'‪ ,‬צו טוישן‬ ‫די צורה פון יצחק און מאכן אז ער זאל אויסזען ממש פונקט ווי‬ ‫אברהם‪ ,‬אז אפילו די גרעסטע לצים האבן געמוזט מודה זיין אז דאס‬ ‫איז אברהם'ס א קינד‪ .‬פון וואנעט האט זיך גענומען דער נס? דאס‬ ‫האט זיך גענומען פון די תפלות פון אברהם אבינו וואס ער האט דא‬ ‫מתפלל געווען‪ ,‬אז דער חילול השם זאל זיך אויפהערן‪ ,‬און די תפלות‬ ‫האבן אזוי ווייט גע'פועל'ט‪ ,‬אז מן השמים האט מען געמאכט א 'נס‬ ‫שלא כדרך הטבע' פון 'צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם' – אז‬ ‫ער זאל אויסזען ממש די זעלבע‪ ,‬און דורכדעם איז בטל געווארן דער‬ ‫גאנצער חילול השם‪.‬‬ ‫שפקדה כבר – איידער מען האט געקענט היילן אבימלך – האט קודם געמוזט זיין וה' פקד את‬ ‫שרה‬ ‫ׂ‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען פשט אין פסוק‪" :‬וַ ה' ּ ָפ ַקד ֶאת ָש ָרה"‪ .‬זאגט‬ ‫רש"י‪" :‬שפקדה כבר קודם שריפא את אבימלך" – נאך איידער‬ ‫דער אייבערשטער האט געהיילט אבימלך‪ ,‬האט דא קודם געמוזט‬ ‫זיין דער ענין פון וה' פקד את שרה‪ ,‬וואס דאס מיינט‪ ,‬אז יעדער‬ ‫איינער האט געקענט זען אז דאס איז אברהם'ס א קינד‪ ,‬און נישט פון‬ ‫אבימלך‪ .‬ווייל כל זמן שרה איז נאכנישט געווען נפקד‪ ,‬איז דאך נאך‬ ‫געווען דער חילול השם‪ ,‬און דעמאלט האט אבימלך נאכנישט‬ ‫געקענט באקומען א רפואה‪ .‬און נאר נאכדעם וואס אברהם האט‬ ‫מתפלל געווען‪ ,‬און שרה איז נפקד געווארן‪ ,‬און עס איז געווען א נס‬ ‫פון 'צר קלסתר פניו של יצחק דומה לאברהם'‪ ,‬וואס מיט דעם איז‬ ‫געווארן 'אויס חילול השם' – יעצט האט אבימלך געקענט נתכפר‬ ‫ווערן און ווערן אויסגעהיילט‪.‬‬ ‫עס איז זייער שווער אויסצומיידן א מכשול פון חילול השם‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען וואס דער מדרש שטעלט דא צו דעם‬ ‫ֹ ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹׁ‬ ‫"ה ֱאנוש ֵמ ֱאלו ַק יִ ְצ ָ ּדק ִאם ֵמע ֵשה ּו יִ ְט ַהר ָ ּג ֶבר"‪ .‬ווייל ווען א‬ ‫פסוק‪ַ :‬‬ ‫ו‬ ‫מענטש לערנט דא די פרשה און ער זעט ווי הארב עס איז דער עון‬ ‫פון חילול השם‪ ,‬אז ווילאנג דער חילול השם איז קיים בעולם האט‬ ‫אבימלך נישט געקענט האבן קיין רפואה – כאטש ער איז געווען א‬ ‫שוגג‪ ,‬וואלט א מענטש געקענט זאגן‪ :‬דאס איז נאר ביי אזא סארט‬ ‫גרויסער חילול השם ווי די פרשה פון אבימלך‪ ,‬וואס אזא סארט רינון‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫רחמנא ליצלן אויף די צדיקת שרה‪ ,‬איז דאך א מורא'דיגער חילול שם‬ ‫שמים‪ ,‬און דאס איז נישט קיין זאך וואס מאכט זיך יעדן טאג‪ ,‬אבער‬ ‫סתם אזוי אינעם טאג טעגליכן לעבן – האט מען נישט קיין נסיונות‬ ‫ֹ‬ ‫ֹׁ‬ ‫פון חילול השם‪ .‬אויף דעם זאגט דער מדרש‪ :‬ניין‪ַ ,‬‬ ‫"ה ֱאנוש ֵמ ֱאלו ַק‬ ‫ֹ ׂ‬ ‫יִ ְצ ָ ּדק ִאם ֵמע ֵשה ּו יִ ְט ַהר ָ ּג ֶבר" – עס איז גארנישט אזוי פשוט צו זיין ריין‬ ‫פון חילול השם! ווי רש"י זאגט אין יומא (שם ד"ה חילול)‪" :‬חילול השם ‪-‬‬ ‫חוטא ומחטיא אחרים" – יעדעס מאל א מענטש איז מכשיל א צווייטן‬ ‫מיט אן עבירה‪ ,‬הייסט דאס חילול השם!‪ .‬און די גמרא זאגט דארט‪:‬‬ ‫"היכי דמי חילול השם‪ ,‬אמר רב כגון אנא אי שקילנא בישרא מטבחא‬ ‫ולא יהיבנא דמי לאלתר" ‪ -‬רב זאגט‪ ,‬אז טאמער ער קויפט פלייש און‬ ‫ער באצאלט נישט באלד אויפן פלאץ‪ ,‬איז דאס שוין א חילול השם‪.‬‬ ‫ווייל מענטשן זאגן‪ ,‬אז רב איז א גזלן רח"ל וועלכער נעמט און‬ ‫באצאלט נישט‪ ,‬און מען וועט זיך אפלערנען פון אים צו גזלנ'ען‪" .‬רבי‬ ‫יוחנן אמר כגון אנא דמסגינא ארבע אמות בלא תורה ובלא תפילין" –‬ ‫רבי יוחנן זאגט‪ ,‬אז טאמער ער גייט ד' אמות ָאן קיין תורה און ָאן קיין‬ ‫תפילין‪ ,‬איז דאס אויך א חילול השם‪ .‬און רש"י זאגט‪ ,‬אז אפילו ווען‬ ‫ער איז אפגעשוואכט פון לערנען אזויפיל‪ ,‬און ער דארף זיך אפרוען‬ ‫– אבער וויבאלד מענטשן ווייסן דאס נישט‪ ,‬און זיי לערנען זיך אפ‬ ‫מבטל תורה צו זיין – איז דאס אויך בגדר חילול השם‪ .‬זעט מען דאך‬ ‫ווי הארב דער ענין איז‪ ,‬און עס איז זייער שווער נזהר צו זיין‪ ,‬אז‬ ‫כמעט וואס א מענטש קען נישט יוצא זיין כלפי כביכול‪ ,‬און מען‬ ‫דארף האבן אזויפיל עצות און תפילות ניצול צו ווערן דערפון‪ ,‬און‬ ‫אויב מען איז חלילה נכשל געווארן‪ ,‬דארף מען האבן גרויסע תפילות‬ ‫אז דער חילול השם זאל אוועקגיין און אזוי ארום זאל עס ווערן‬ ‫מתוקן‪.‬‬ ‫היוצא לנו מזה‪ :‬דער ענין פון חילול השם איז א מורא'דיגע זאך‪ ,‬וואס‬ ‫אויב מען טראכט נישט אריין דערין – באמערקט מען נישט‬ ‫ז‬ ‫ווי מען ווערט נכשל דערין‪ .‬אונז זענען טאקע נישט אין דער מדרגה‬ ‫פון רבי יוחנן‪ ,‬אז אויב מען גייט ד' אמות ָאן תפילין איז שוין‬ ‫געפערליך‪ ,‬אבער יעדער איינער לויט זיין דרגא – האט אן אחריות‬ ‫אז מענטשן זאל זיך נישט אפלערנען פון זיין הנהגה קיין שום זלזול‬ ‫אין א סעיף קטן אין שולחן ערוך‪ .‬למשל‪ ,‬אז איינער דאווענט ביחידות‬ ‫ָאן קיין מנין – אויסער זיין אייגענעם חטא‪ ,‬איז דאך דער חטא פון‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫חילול השם נאך הארבער‪ ,‬ווייל דער צווייטער זעט דאך וואס דו‬ ‫טוסט‪ ,‬און ער לערנט זיך אפ פון דיר! אדער אויב איינער לערנט‬ ‫נישט ווי עס דארף צו זיין און בטל'עט די צייט – לערנען זיך אנדערע‬ ‫אפ מזלזל זיין צו אין ביטול תורה‪ .‬אדער אויב איינער רעדט לשון‬ ‫הרע‪ ,‬וכדומה – דאס אלעס גייט אריין אין דעם גדר פון חילול השם‪.‬‬ ‫ממילא‪ ,‬דארף א מענטש שטארק צולייגן קאפ און מוח צו דעם‪ ,‬און‬ ‫עס האט נישט קיין שיעור וויפיל א מענטש דארף זיך אכטונג געבן‪,‬‬ ‫און מען דארף אסאך מתפלל זיין‪ ,‬און כולי האי ואולי וועט מען ניצול‬ ‫ווערן פון דעם ענין‪ ,‬און דער אייבערשטער זאל העלפן‪ ,‬מיר זאלן‬ ‫זוכה זיין אז עס זאל נתקדש ווערן שם שמים על ידינו‪ ,‬מיט די גאולה‬ ‫שלימה במהרה בימינו‪ ,‬אמן‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫ַקח נָ א ֶאת ִּבנְ ָך ֶאת יְ ִח ְיד ָך ֲא ׁ ֶשר ָא ַה ְב ָּת ֶאת יִ צְ ָחק וְ לֶ ְך לְ ָך ֶאל‬ ‫ֶא ֶרץ ַה ּמ ִֹר ָ ּיה וְ ַה ֲעלֵ ה ּו ׁ ָשם לְ עֹלָ ה ַעל ַא ַחד ֶה ָה ִרים ֲא ׁ ֶשר א ַֹמר‬ ‫ֵאלֶ ָיך‪.‬‬ ‫א) דער מדרש זאגט (ב"ר לט‪ ,‬ט)‪" :‬אמר רבי לוי‪ ,‬שתי פעמים כתיב לך‬ ‫לך‪ ,‬ואין אנו יודעים אי זו חביבה אם השנייה אם הראשונה‪ ,‬ממה‬ ‫דכתיב אל ארץ המוריה‪ ,‬הוי השנייה חביבה מן הראשונה" – עס‬ ‫שטייט צוויי מאל 'לך לך'‪ ,‬אויבן אין פרשת לך לך – ווען דער‬ ‫אייבערשטער האט אים געהייסן גיין קיין ארץ ישראל‪ ,‬און דא ביי‬ ‫דער פרשה וואו דער אייבערשטער האט אים געהייסן גיין ברענגען‬ ‫יצחק'ן אויף דער עקדה‪ .‬און מיר וואלטן נישט געוואוסט וועלכער‬ ‫ח‬ ‫נסיון איז מער חביב‪ ,‬אבער וויבאלד עס שטייט דא 'אל הר המוריה'‪,‬‬ ‫איז געדרינגען אז דער 'לך לך' פון דער עקדה איז מער חביב‪ .‬לכאורה‪,‬‬ ‫וואס איז די הוה אמינא צו זאגן‪ ,‬אז דער נסיון פון 'גלות' ‪ -‬לך לך‬ ‫מארצך וממולדתך ‪ -‬זאל זיך קענען פארגלייכן צו דער נסיון פון‬ ‫'עקידה' – צו ברענגען אן איינציג קינד אויפן מזבח? און אויך‪ ,‬וואו‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫איז משמע פונעם ווארט 'הר המוריה' אז דער נסיון איז געווען‬ ‫גרעסער ווי דער ערשטער נסיון?‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ב) "וַ ַ ּי ְרא ֶאת ַה ָּמקום ֵמ ָרחק וַ ּי ֶ‬ ‫אמר ַא ְב ָר ָהם וגו' וַ ֲאנִ י וְ ַה ַ ּנ ַער נֵ ְל ָכה ַעד ּכה‬ ‫ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫יכם"‪ .‬לכאורה‪ ,‬צו וואס דערציילט אונז דער‬ ‫וְ נִ ְש ּ ַת ֲחוֶ ה וְ נָ ש ּו ָבה ֲא ֵל ֶ‬ ‫פסוק דעם פרט‪ ,‬אז ער האט געזען דעם פלאץ פונדערווייטנס?‬ ‫ג) רש"י זאגט‪" :‬עד כה ‪ -‬ומדרש אגדה אראה היכן הוא מה שאמר לי‬ ‫המקום כה יהיה זרעך" – אברהם האט געזאגט‪ ,‬איך וועל אהינגיין‬ ‫זען וואו איז דער הבטחה וואס דער אייבערשטער האט מיר צוגעזאגט‬ ‫'כה יהיה זרעך'‪ ,‬אז איך וועל האבן אסאך קינדער‪ ,‬און דא גיי איך‬ ‫יעצט שחט'ן מיין איינציג קינד‪ .‬לכאורה זעט דא עפעס אויס‪ ,‬כאילו‬ ‫אברהם האט חלילה געהאט קושיות אויף כביכול‪ ,‬עס איז דאך נישט‬ ‫שייך צו זאגן אזוי אויפן הייליגן אברהם אבינו?‬ ‫ד) ווייטער זאגט רש"י‪" :‬ונשובה ‪ -‬נתנבא שישובו שניהם" – ער האט‬ ‫געזאגט א נבואה‪ ,‬אז זיי ביידע וועלן צוריקקומען‪ .‬לכאורה‪,‬‬ ‫אברהם האט דאך נישט געפלאנט אז יצחק וועט צוריקקומען‪ ,‬נאר‬ ‫אז ער גייט אים יעצט שחט'ן‪ ,‬נו דארף מען פארשטיין על פי פשטות‪,‬‬ ‫פארוואס טאקע האט ער געזאגט 'ונשובה'?‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ה) "וַ ּי ֶ‬ ‫אמר ַא ְב ָר ָהם ֱאל ִקים יִ ְר ֶאה ּלו ַה ּ ֶשה ְלע ָלה ְ ּבנִ י"‪ .‬זאגט רש"י‪:‬‬ ‫"יראה לו השה ‪ -‬כלומר יראה ויבחר לו השה‪ ,‬ואם אין שה לעולה‬ ‫בני" – דער אייבערשטער וועט זיך אויסוועלן א שעפסל‪ ,‬און טאמער‬ ‫וועט נישט זיין קיין שה‪ ,‬וועסטו זיין דער עולה‪ .‬לכאורה‪ ,‬פון וואו‬ ‫האט אברהם אבינו גענומען אזא הוה אמינא אז עס איז דא א צד אז‬ ‫מען וועט מקריב זיין א שה אנשטאט יצחק? ער האט דאך פארשטאנען‬ ‫אז דער אייבערשטער הייסט אים ברענגען יצחק'ן אויף דער עקידה‬ ‫און ער איז דאס געגאנגען טון מיט א שמחה‪ ,‬נו‪ ,‬ווי קומט דא פלוצלינג‬ ‫אריין אזא סברא‪ ,‬אז אפשר וועט ער גאר ברענגען א שה?‬ ‫ט‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ו) "וַ ָ ּיבא ּו ֶאל ַה ָּמקום ֲא ֶשר ָא ַמר לו ָה ֱאל ִקים"‪ .‬דער רמב"ן זאגט פשט‪:‬‬ ‫"ויבאו אל המקום אשר אמר לו האלקים ‪ -‬עתה‪ ,‬הוא הר המוריה‪,‬‬ ‫שאמר לו "הנה זה ההר אשר אמרתי לך" – דער 'אשר אמר לו האלקים'‬ ‫גייט נישט ארויף אויפן פריערדיגן דיבור‪ ,‬אז ער איז אנגעקומען צום‬ ‫פלאץ וואו דער אייבערשטער האט אים פריער געהייסן גיין‪ ,‬נאר ער‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫איז אנגעקומען צום פלאץ וואס דער אייבערשטער האט אים יעצט‬ ‫געזאגט‪ ,‬אז דאס איז דער 'הר המוריה' וואס איך האב געמיינט‪.‬‬ ‫ׂ‬ ‫ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ישי וַ ִ ּי ּ ָשא ַא ְב ָר ָהם ֶאת‬ ‫"ב ּיום ַה ּ ְש ִל ִ‬ ‫לכאורה‪ ,‬עס שטייט דאך פריער ַ ּ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֵעינָ יו וַ ַ ּי ְרא ֶאת ַה ָּמקום ֵמ ָרחק" – אז אברהם אבינו האט געזען‬ ‫פונדעווייטנס אז דאס איז דער ריכטיגער בארג וואו ער דארף גיין‪,‬‬ ‫און ווי רש"י און דער רמב"ן ברענגען דעם מדרש (ב"ר נו‪ ,‬א)‪ ,‬אז ער‬ ‫האט געזען א וואלקן אויפן בארג‪ .‬נו‪ ,‬וואס האט יעצט אויסגעפעלט‬ ‫דער דיבור נאכאמאל?‬ ‫ׂ ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫אמר ַאל ּ ִת ְש ַלח יָ ְד ָך ֶאל ַה ַ ּנ ַער וְ ַאל ּ ַת ַעש לו ְמא ּו ָמה ִּכי ַע ּ ָתה יָ ַד ְע ּ ִתי‬ ‫ז) "וַ ּי ֶ‬ ‫ֹ‬ ‫ִּכי יְ ֵרא ֱאל ִקים ַא ּ ָתה"‪ .‬זאגט רש"י‪" :‬כי עתה ידעתי ‪ -‬א"ר אבא אמר‬ ‫לו אברהם אפרש לפניך את שיחתי‪ ,‬אתמול אמרת לי כי ביצחק יקרא‬ ‫לך זרע‪ ,‬וחזרת ואמרת קח נא את בנך‪ ,‬עכשיו אתה אומר לי אל תשלח‬ ‫ידך אל הנער‪ ,‬אמר לו הקב"ה וכו' לא אמרתי לך שחטהו אלא העלהו‪,‬‬ ‫אסקתיה אחתיה" – אברהם האט זיך אויסגעשמועסט פארן‬ ‫אייבערשטן‪ ,‬אז ער פארשטייט נישט די סתירות‪ ,‬דא האסטו מיר‬ ‫געזאגט 'כי ביצחק יקרא לך זרע'‪ ,‬און דא האסטו מיר געזאגט 'קח נא‬ ‫את בנך'‪ ,‬און יעצט זאגסטו מיר 'אל תשלח ידך'? האט אים דער‬ ‫אייבערשטער געענטפערט אז עס איז נישט קיין סתירה‪ .‬לכאורה‪,‬‬ ‫פארוואס ברענגט דאס רש"י אלס א פירוש אויפן פסוק ִּ‬ ‫'כי ַע ּ ָתה‬ ‫ֹ‬ ‫יָ ַד ְע ּ ִתי ִּכי יְ ֵרא ֱאל ִקים ַא ּ ָתה'? מיט וואס פארשטייט מען יעצט בעסער‬ ‫דעם פסוק?‬ ‫ח) אויבן אין פרשת לך לך שטייט (בראשית יב‪ ,‬י)‪" :‬וַ יְ ִהי ָר ָעב ָ ּב ָא ֶרץ"‪.‬‬ ‫זאגט רש"י‪" :‬באותה הארץ לבדה לנסותו אם יהרהר אחר דבריו‬ ‫של הקב"ה שאמר לו ללכת אל ארץ כנען ועכשיו משיאו לצאת ממנה"‬ ‫– דער הונגער איז געווען א נסיון פאר אברהם אבינו צי ער וועט‬ ‫האבן הרהורים אויפן אייבערשטן‪ ,‬פארוואס פריער הייסט ער אים‬ ‫גיין קיין ארץ כנען און יעצט ‪ -‬צוליב דעם הונגער ‪ -‬פירט דער‬ ‫י‬ ‫אייבערשטער אז ער מוז ארויסגיין פון דארט‪ .‬לכאורה‪ ,‬אויב אברהם‬ ‫אבינו האט געהאט א נסיון מיטן פרעגן קושיות חלילה‪ ,‬האט ער דאך‬ ‫געקענט האבן ָאן א שיעור קושיות‪ ,‬פארוואס ער האט נישט קיין‬ ‫קינדער‪ ,‬און פארוואס דער אייבערשטער הייסט אים בכלל גיין קיין‬ ‫ארץ ישראל וכדומה‪ .‬נאר אברהם אבינו איז געווען דער 'ראש‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫למאמינים' און האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום קושיא אויפן‬ ‫אייבערשטן‪ .‬נו‪ ,‬וואס איז דא געשען אז ער האט געהאט בכלל א‬ ‫'נסיון' פון הרהורים חלילה?‬ ‫ט) דער רמב"ן אין פרשת לך לך (בראשית יב‪ ,‬ב) שטעלט זיך‪ ,‬פארוואס‬ ‫עס שטייט גארנישט דערמאנט אין די תורה דער גאנצער נסיון‬ ‫פונעם 'כבשן האש'‪ ,‬וואס אברהם האט זיך מוסר נפש געווען נישט צו‬ ‫דינען עבודה זרה?‬ ‫י) דער עבודת ישראל (פרשתן ד"ה ויקרא אברהםא) און נאך ספרים פרעגן‪,‬‬ ‫וואס איז די גרויסע רבותא און נסיון פון דער עקידה‪ .‬וועלכער‬ ‫איד וואלט דען נישט געפאלגט דעם אייבערשטן – ווען דער‬ ‫אייבערשטער אליינס קומט צו אים און הייסט אים ברענגען זיין קינד‬ ‫אויפ'ן מזבח? און נאכדערצו אברהם אבינו וואס ער ווערט אנגערופן‬ ‫'אברהם אוהבי' איז דאך אודאי אז ער האט געפאלגט דעם‬ ‫אייבערשטן‪ ,‬און פארוואס לויבט אים די תורה אויס אזוי גרויס?‬ ‫ׁ ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫"כי ִק ֵ ּנ ִ‬ ‫אתי ַ ּבהו ְל ִלים ְשלום‬ ‫יא) דוד המלך זאגט אין תהלים (עג‪ ,‬ג)‪ִּ :‬‬ ‫ׁ‬ ‫ְר ָש ִעים ֶא ְר ֶאה" – דוד המלך באקלאגט זיך אויפן שווערן מצב‬ ‫וואס די ערליכע אידן ליידן און די רשעים האבן פון אלעם גוטן‪ ,‬א‬ ‫בחינה פון 'צדיק ורע לו רשע וטוב לו'‪ ,‬און אזוי רעדט ער זיך אויס א‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫"עד ָאבוא ֶאל ִמ ְק ְ ּד ֵשי ֵא‪-‬ל ָא ִבינָ ה‬ ‫גאנצן קאפיטל‪ ,‬ביז ער פירט אויס‪ַ :‬‬ ‫יתם" – ווען איך בין געקומען אין בית המקדש זענען מיר אלע‬ ‫ְל ַא ֲח ִר ָ‬ ‫קושיות פארענטפערט געווארן‪ .‬זאגט רש"י‪" :‬עד אשר באתי אל‬ ‫מקדשי אל ‪ -‬אשר בירושלים‪ ,‬וראיתי מה שאירע בסנחריב‪ ,‬ואז‬ ‫הבינותי לאחרית הרשעים שהוא לאבדון‪ ,‬ואמרתי אך כל הטובה‬ ‫הבאה להם חלקות הם שהקב"ה מחליק להם הדרך שלהם שתהא‬ ‫נוחה וחלקה למען לא יתנו לב לשוב אליו ויאבדו" – ער האט זיך‬ ‫אי‬ ‫וזל"ק‪" :‬לולי האדם יהיה ברור וצלול בשעת הנסיון כמקדם לא היה הנסיון‬ ‫א‬ ‫נחשב לכלום‪ ,‬ובוודאי אין תימה מי שיודע שעומד לפני מלך גדול ונורא שלא‬ ‫ימרוד בו והוא רואהו‪ .‬אמנם ענין הנסיון שמסתלק בהירות האדם והרי הוא‬ ‫בא לידי נסיון וכובש יצרו באמונתו ומתחזק לשוב לבוראו אז הוא נקרא עומד‬ ‫בנסיון‪ .‬ולפי זה מסתמא כאשר האלקים נסה את אברהם בדבר העקידה‪ ,‬אחר‬ ‫שאמר לו קח נא את בנך‪ ,‬מסתמא נסתלק ממנו בהירותו ודביקותו לנסות אותו‬ ‫אם יעמוד בצדקתו"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫געלערנט פון די מפלה פון סנחריב‪ ,‬אז די גוטס וואס די רשעים‬ ‫באקומען איז בלויז כדי זיי צו פארנארן‪ ,‬כדי זיי זאלן נישט תשובה‬ ‫טון און זאלן פארלוירן גיין‪ .‬לכאורה‪ ,‬דאס איז דאך בלויז א ידיעה און‬ ‫א הבנה מיטן שכל‪ ,‬נו‪ ,‬פארוואס האט דוד המלך דאס נישט‬ ‫פארשטאנען – נאר בלויז ווען ער איז געקומען אינעם בית המקדש?‬ ‫יב) דער מדרש זאגט (שה"ר ד‪ ,‬יב)‪" :‬הר המוריה‪ ,‬שמשם יוצא אורה‬ ‫לעולם" – דער בית המקדש ווערט אנגערופן 'הר המוריה'‪ ,‬ווייל‬ ‫פון דארט גייט ארויס א ליכטיגקייט אויף דער וועלט‪ .‬דארף מען‬ ‫פארשטיין‪ ,‬וואספארא סארט ליכטיגקייט מיינט דער מדרש דא צו‬ ‫זאגן?‬ ‫אפילו ווען דער צדיק האט נישט קיין מדרגות – האט ער נאכאלץ נישט קיין נסיון‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬דער עבודת ישראל (הנ"ל) איז מסביר‪,‬‬ ‫אז דער נסיון פון דער עקידה איז געווען‪ ,‬אז דער אייבערשטער‬ ‫האט אוועקגענומען פון אברהם אבינו אלע זיינע מדרגות און‬ ‫דביקות‪ ,‬און ער האט זיך געדארפט מתגבר זיין בלויז מיט אמונה‬ ‫פשוטה‪ ,‬און דאס איז געווען דער עיקר נסיון‪.‬‬ ‫מען קען אפשר גיין אביסל ווייטער‪ ,‬אז אפילו ווען דער צדיק האט‬ ‫נישט קיין שום מדרגות – איז עס נאכאלץ נישט קיין נסיון ביי‬ ‫אים צי ער זאל פאלגן דעם ציווי ה'‪ ,‬ווייל דער צדיק איז אזוי שטארק‬ ‫אין אמונה – בפרט אברהם אבינו דער 'ראש למאמינים' – אז עס איז‬ ‫גארנישט שייך ביי אים עובר צו זיין אויפן רצון ה'‪ .‬נאר מען קען‬ ‫אפשר מסביר זיין דעם נסיון העקידה אויף אן אנדערן אופן‪.‬‬ ‫ווילאנג דער צדיק ווייסט בבירור דעם רצון הבורא – האט ער נישט קיין שום נסיון‬ ‫ווען א צדיק ווייסט קלאר וואס עס איז דער רצון ה' פון אים – האט‬ ‫ער נישט קיין שום נסיון און הוה אמינא שבעולם‪ ,‬נישט צו פאלגן‬ ‫דעם ציווי ה' מיט מסירות נפש‪ ,‬ווייל דער צדיק לעבט דאך נאר פאר‬ ‫בי‬ ‫דעם! זיין גאנצער חיות איז דאך נאר צו טון דעם רצון הבורא! נו‪ ,‬ווי‬ ‫קען ער דען אפילו טראכטן‪ ,‬חושש צו זיין אויף זיין אייגענעם לעבן‬ ‫– מער ווי טון רצון ה'? עס איז דאך נישט שייך אזא זאך! און דערפאר‬ ‫פארציילט נישט די תורה דעם נסיון פון 'כבשן האש'‪ ,‬אז אברהם‬ ‫האט זיך מוסר נפש געווען – נישט צו דינען עבודה זרה‪ ,‬ווייל דאס‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫איז נישט קיין שום רבותא! אברהם האט דאך געוואוסט קלאר אז ביי‬ ‫עבודה זרה איז דא א חיוב פון 'יהרג ואל יעבור'‪ ,‬און דאס איז זיכער‬ ‫דער רצון ה' פון אים – אז ער זאל זיך לאזן אריינווארפן אין קאלעך‬ ‫אויוון‪ ,‬ממילא האט ער נישט געהאט קיין שום נסיון און ער האט עס‬ ‫געטון בשמחה‪ ,‬און דערפאר רעדט נישט די תורה דערפון‪.‬‬ ‫דער נסיון איז ווען ער איז נישט זיכער וואס דער אייבערשטער וויל פון אים‬ ‫דער עיקר נסיון פון א צדיק איז‪ ,‬ווען ער איז מסופק וואס עס איז‬ ‫דער רצון ה'‪ .‬ער שטייט צווישן צוויי צדדים און ער איז נישט‬ ‫קלאר וועלכער צד איז ריכטיג און וועלכער צד איז נישט ריכטיג‪ .‬און‬ ‫דאס איז א געוואלדיגער צער און א חשכות פארן צדיק‪ ,‬וואס ער גייט‬ ‫אויס צו טון דעם רצון ה'‪ ,‬אבער ער קען נישט מחליט זיין בברירות‬ ‫וואס עס איז דער רצון ה'‪ .‬עס איז אים ממש טונקל אינעם שכל‪ .‬און‬ ‫אין אזא פאל איז שוין יא דא א גרויסער נסיון‪ ,‬וואס דער צדיק דארף‬ ‫ארבעטן און הארעווען צו טאפן אין דער טונקל און זוכן דעם אמת‪,‬‬ ‫ביז ער וועט מכוין זיין צום אמת'ן רצון הבורא‪ ,‬וואס דער אייבערשטער‬ ‫וויל באמת פון אים‪.‬‬ ‫דער 'רעב בארץ' האט גורם געווען א ספק צי ער זאל גיין קיין מצרים אדער בלייבן אין ארץ‬ ‫ישראל‬ ‫לויט דעם קען מען זאגן‪ ,‬אז דאס זענען געווען די ביידע נסיונות פון‬ ‫'לך לך מארצך' און פון 'לך לך אל ארץ המוריה'‪ .‬ווייל עס קען‬ ‫זיין אז דער עיקר נסיון פון 'לך לך מארצך' – האט זיך אנגעהויבן ביים‬ ‫'ויהי רעב בארץ'; ווי רש"י זאגט‪" :‬לנסותו אם יהרהר אחר דבריו של‬ ‫הקב"ה שאמר לו ללכת אל ארץ כנען ועכשיו משיאו לצאת ממנה"‪.‬‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬דער נסיון איז נישט געווען פון פרעגן קושיות חלילה‪,‬‬ ‫ווייל דאס איז בכלל נישט געווען קיין נסיון ביי אברהם אבינו‪ .‬נאר‬ ‫דער נסיון איז געווען‪ ,‬אז אברהם האט באקומען ספיקות נישט‬ ‫וויסענדיג וואס איז דער רצון ה'! פון איין זייט האט אים דער‬ ‫גי‬ ‫אייבערשטער געהייסן גיין קיין ארץ כנען‪ ,‬וואס דאס מיינט דאך אז‬ ‫ער זאל זיין דארט און אויפשטעלן דארט א שטוב; ווי עס שטייט‬ ‫'ואעשך לגוי גדול'‪ .‬אבער פון צווייטן זייט‪ ,‬פירט דא דער אייבערשטער‬ ‫אזא הנהגה פון א הונגער‪ ,‬וואס אויב וועט ער נישט גיין קיין מצרים‬ ‫– איז ער אין א סכנה צו שטארבן פון הונגער‪ ,‬נו‪ ,‬וואס וויל דא דער‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫אייבערשטער פון אים? דער רמב"ן האלט טאקע‪ ,‬אז אברהם וואלט‬ ‫נישט געמעגט גיין קיין מצרים – נאר ער האט געדארפט בלייבן אין‬ ‫ארץ ישראל‪ .‬אבער פון לשון רש"י 'ועכשיו משיאו לצאת' זעט אויס‪,‬‬ ‫אז אברהם האט פארשטאנען אז דער אייבערשטער הייסט אים‬ ‫ארויסגיין פון ארץ ישראל! ממילא‪ ,‬האט ער געהאט א געוואלדיגן‬ ‫ספק וואס צו טון‪ .‬און אט דער סתירה און ספק 'וואס' איז דער רצון ה'‬ ‫– איז געווען פאר אברהם דער שווערסטער צער און נסיון‪ ,‬צו קענען‬ ‫צוטרעפן צום אמת‪ .‬און דאס מיינט 'לנסותו אם יהרהר'‪ ,‬דער נסיון‬ ‫איז געווען צי ער וועט אריינטראכטן און זיך מוטשען צו זוכן דעם‬ ‫אמת‪ ,‬אדער נישט‪ .‬און טאקע‪ ,‬נאכן אריינטראכטן און זוכן דעם אמת‬ ‫מיט א יגיעה – האט אברהם אבינו מחליט געווען צו גיין קיין מצרים‬ ‫לפי שעה – זיך צו מכניע זיין אונטערן הנהגת ה'‪ ,‬און דערנאך‬ ‫צוריקקומען קיין ארץ ישראל – מקיים צו זיין דעם 'לך לך'‪.‬‬ ‫דער נסיון העקדה – ער האט נישט געוואוסט וועלכן דיבור אנצונעמען אלס עיקר‬ ‫דער נסיון פון דער עקידה איז געווען די זעלבע זאך‪ ,‬אז טאמער‬ ‫וואלט אברהם אבינו געוואוסט קלאר‪ ,‬אז דער אייבערשטער‬ ‫וויל טאקע אז ער זאל שחט'ן יצחק'ן – וואלט ער אודאי נישט געהאט‬ ‫קיין שום נסיון‪ .‬אבער דא האט אברהם אבינו געהאט ספקות‪ ,‬ווייל‬ ‫ער האט דא געהערט צוויי פארקערטע דיבורים פונעם אייבערשטן‪,‬‬ ‫דא האט ער געהערט 'כי ביצחק יקרא לך זרע'‪ ,‬וואס דאס מיינט אז‬ ‫דער רצון הבורא איז‪ ,‬אז יצחק זאל בלייבן לעבן און אויפשטעלן א‬ ‫כלל ישראל‪ ,‬און דא האט ער געהערט 'והעלהו שם לעולה'‪ ,‬וואס‬ ‫דאס מיינט אז דער רצון הבורא איז‪ ,‬אז ער זאל נעמען יצחק'ן און‬ ‫אים שחט'ן אויף דער עקידה‪ .‬ממילא איז אברהם אבינו געווען זייער‬ ‫מסופק און נישט געוואוסט מיט א ברירות וואס דער רצון ה' איז‪.‬‬ ‫דאס איז שוין געווען א געוואלדיגער נסיון‪ ,‬וואס ער האט זיך דא‬ ‫געדארפט מייגע זיין און זוכן דעם אמת'דיגן רצון ה'‪.‬‬ ‫די‬ ‫ער גייט צום 'הר המוריה' מתפלל צו זיין אז דער אייבערשטער זאל אים חונן דעת זיין‬ ‫מען קען אפשר זאגן‪ ,‬אז דא ביי דער עקידה איז אברהם אבינו געווען‬ ‫אזוי מסופק און ער האט אזוי ווייט נישט געקענט מחליט זיין‬ ‫וואס עס איז דער רצון ה'‪ ,‬דעריבער האט אברהם באשלאסן‪ :‬דער‬ ‫אייבערשטער האט דאך מיר געהייסן גיין צום ארץ המוריה‪ ,‬און‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫ערשט דערנאך 'והעלהו שם לעולה'‪ ,‬נו‪ ,‬אויף דעם חלק הציווי צו גיין‬ ‫קיין ארץ המוריה – האב איך דאך נישט קיין שום ספק! דאס איז דאך‬ ‫זיכער רצון ה'! נו אויב אזוי‪ ,‬לאמיר קודם טון וואס איז זיכער‪ ,‬און‬ ‫דערנאך וועט מיר דער אייבערשטער העלפן‪ .‬בפרט אז אברהם האט‬ ‫פארשטאנען‪ ,‬אז אויב איז דארט דער אויסדערוועלטער פלאץ וואו‬ ‫דער אייבערשטער הייסט אים ברענגען יצחק – איז אודאי דארט א‬ ‫מקום מסוגל אויף קבלת התפילות‪ ,‬ממילא‪ ,‬וועט ער זיך דארט‬ ‫מתחנן זיין און זיך בעטן ביים אייבערשטן אז ער זאל אים חונן דעת‬ ‫זיין צו צוטרעפן צום רצון ה'‪.‬‬ ‫אברהם האט א גאנצן צייט גערעדט א 'לישנא דמשתמע לתרי אנפין' זייענדיג מסופק וואס איז‬ ‫דער רצון ה'‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק‪" :‬וַ ּי ֶ‬ ‫אמר ַא ְב ָר ָהם ֶאל נְ ָע ָריו ְשב ּו‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ָל ֶכם ּפה ִעם ַה ֲחמור וַ ֲאנִ י וַ ֲאנִ י וְ ַה ַ ּנ ַער נֵ ְל ָכה ַעד ּכה" – ווילאנג‬ ‫אברהם איז נאכנישט אנגעקומען צום הר המוריה‪ ,‬האט ער נאכנישט‬ ‫געוואוסט וואס דער רצון ה' איז‪ ,‬און דערפאר האט ער געזאגט‪" :‬עד‬ ‫כה ‪ -‬אראה היכן הוא מה שאמר לי המקום כה יהיה זרעך" – איך וועל‬ ‫אהינגיין מתפלל זיין און זיך בעטן ביים אייבערשטן‪ ,‬צו פארשטיין‬ ‫דעם 'כה יהיה זרעך'‪ ,‬וויאזוי דאס איז נישט קיין סתירה מיטן 'והעלהו‬ ‫ׁ‬ ‫ׁ‬ ‫שם לעולה'‪ .‬און דערפאר האט ער אויך געזאגט‪" :‬וְ נִ ְש ּ ַת ֲחוֶ ה וְ נָ ש ּו ָבה‬ ‫יכם" – 'השתחויה' איז אן ענין פון 'תפלה' (ברכות ל‪ .):‬און דאס האט‬ ‫ֲא ֵל ֶ‬ ‫ער זיי געזאגט‪ :‬עס קען גאר זיין‪ ,‬אז דורכן תפלה וועט מיר דער‬ ‫אייבערשטער חונן דעת זיין אויף דעם וועג‪ ,‬אז דער רצון ה' איז‬ ‫'ונשובה אליכם' – נישט צו שחט'ן יצחק'ן‪.‬‬ ‫און דאס איז אויך געווען די תשובה וואס ער האט געענטפערט פאר‬ ‫ֹ‬ ‫ׂ‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫"אל ִקים יִ ְר ֶאה ּלו ַה ּ ֶשה ְלע ָלה ְ ּבנִ י"‪ .‬און ווי רש"י זאגט‪:‬‬ ‫יצחק‪ֱ :‬‬ ‫"יראה ויבחר לו השה ואם אין שה לעולה בני" – ווייל אברהם איז‬ ‫אודאי געווען גרייט צו טון רצון ה' אויף סיי וועלכן וועג‪ ,‬ער האט‬ ‫וט‬ ‫אבער נישט געהאט קיין בהירות צו וויסן זיכער וואס עס איז דער‬ ‫רצון ה'‪ ,‬צי ער זאל ברענגען א 'שה' אדער 'יצחק'‪ .‬און דאס איז געווען‬ ‫דער גרעסטער צער און נסיון פאר אברהם‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫דער צער און חשכות ווען מען ווייסט נישט וואס צו טון‬ ‫עס איז דא דער באקאנטער מאמר (מצו"ד משלי טו‪ ,‬ל)‪" :‬אין שמחה‬ ‫כהתרת הספיקות"‪ .‬זעט מען פון דעם‪ ,‬אז כל זמן דער מענטש‬ ‫איז נאך ארומגענומען מיט ספקות און ער קען נישט אפמאכן וואס‬ ‫צו טון – איז ער אין א מצב פון 'היפוך שמחה'‪ ,‬עס איז א מצב פון‬ ‫'חשכות'‪ ,‬וואס זיין שכל איז אים פארטונקלט און ער ווייסט נישט‬ ‫וואו זיך צו ווענדן‪ .‬אבער שפעטער ווען ער איז זוכה מברר צו זיין‬ ‫וואס דער רצון ה' איז – ווערט אים ליכטיג! ווייל זיין שכל באלייכט‬ ‫אים און שיינט אים וואס צו טון‪.‬‬ ‫דער כח פון 'הר המוריה' אז מען באקומט א בהירות אין מח צו וויסן דעם רצון ה'‬ ‫דאס זאגט דער מדרש‪" :‬הר המוריה‪ ,‬שמשם יוצא אורה לעולם" – פון‬ ‫דעם 'הר המוריה' קומט ארויס א ליכטיגקייט אויף דער וועלט‪.‬‬ ‫דאס הייסט‪ ,‬דארט ווערט דער מח ליכטיג און דער מענטש קען‬ ‫פושט זיין זיינע ספיקות; ווי מען זעט טאקע אז שפעטער בזמן הבית‪,‬‬ ‫איז דארט געווען דער 'אורים ותומים' וואס האט מאיר געווען פארן‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫מענטש וואס צו טון‪ .‬און דאס זאגט דא דער פסוק‪" :‬וַ ָ ּיבא ּו ֶאל ַה ָּמקום"‬ ‫ֹ‬ ‫ׁ‬ ‫"א ֶשר ָא ַמר לו‬ ‫– ווי נאר זיי זענען אנגעקומען צום הר המוריה‪ֲ ,‬‬ ‫ֹ‬ ‫ָה ֱאל ִקים"; זאגט דער רמב"ן‪" :‬אשר אמר לו האלקים – עתה" – דער‬ ‫אייבערשטער האט אים יעצט געזאגט – דורכן אים אריינגעבן א‬ ‫ליכטיגקייט און קלארקייט אין מח‪ ,‬ביז ער האט שוין געוואוסט מיט‬ ‫א בהירות‪ ,‬אז דער אייבערשטער וויל אז ער זאל יא ברענגען יצחק‬ ‫אויף דער עקידה‪ .‬און דערפאר האט ער טאקע מקיים געווען דעם‬ ‫רצון ה' פון 'והעלהו לעולה'‪ .‬און דערפאר פריער – ווען אברהם האט‬ ‫גערעדט די אלע לשונות פון ספקות; 'עד כה'‪' ,‬ונשובה אליכם'‪' ,‬יראה‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫לו השה לעולה' ‪ -‬איז דער פסוק מדגיש‪" :‬וַ ַ ּי ְרא ֶאת ַה ָּמקום ֵמ ָרחק" –‬ ‫דאס אלעס איז געווען ווייל אברהם האט געזען דעם מקום המקדש‬ ‫בלויז פונדעווייטנס – און ער איז נאכנישט אנגעקומען אהין‪ .‬ווייל ווי‬ ‫זט‬ ‫נאר ער איז אנגעקומען אהין‪ ,‬זענען אים אלע ספיקות נפשט געווארן‪,‬‬ ‫מכח דעם 'קדושת המקום'‪.‬‬ ‫דער יראת שמים פון אברהם – זיך געפלאגט צו זוכן דעם אמת‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען פארוואס רש"י ברענגט אראפ דעם גאנצן‬ ‫"ע ּ ָתה‬ ‫שמועס פון 'אפרש שיחתי לפניך' דייקא אויפן פסוק‪ַ :‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫ֹ‬ ‫יָ ַד ְע ּ ִתי ִּכי יְ ֵרא ֱאל ִקים ַא ּ ָתה"‪ .‬ווייל פאר רש"י איז שווער געווען‪:‬‬ ‫פארוואס לויבט אים דער אייבערשטער אויס מיט אזא טיטל‪ ,‬אז ער‬ ‫איז א 'ירא אלקים'? וועלכער איד וואלט זיך דען נישט מוסר נפש‬ ‫געווען פארן לעבעדיגן באשעפער? אויף דעם ענטפערט רש"י‪ ,‬אז‬ ‫דא איז געלעגן אסאך א טיפערער נסיון‪ ,‬וואס אברהם האט געשריגן‪:‬‬ ‫"איך ווייס נישט וואס איז דער אמת'ער רצון ה'? נעכטן זאגט ער מיר‬ ‫'כי ביצחק ירא לך זרע'‪ ,‬און היינט זאגט ער מיר 'והעלהו לעולה'‪ ,‬און‬ ‫איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג צו טון?"‪ .‬דאס איז געווען דער‬ ‫גרויסער נסיון‪ .‬און אויף דעם בארימט אים דער אייבערשטער‪ ,‬אז‬ ‫ער איז א 'ירא אלקים'‪ ,‬אז כאטש ער האט געהאט אזא מורא'דיגן‬ ‫ספק – האט ער זיך געמוטשעט ביז ער איז צוגעקומען צום אמת‪.‬‬ ‫בלויז ביים נסיון עקידה האט ער געמוזט גיין צום 'הר המוריה' – כדי פושט צו זיין דעם ספק‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם מדרש‪" :‬שתי פעמים כתיב לך לך‪,‬‬ ‫ואין אנו יודעים אי זו חביבה אם השנייה אם הראשונה" – מיר‬ ‫ווייסן נישט וועלכער נסיון איז געווען א גרעסערער‪ ,‬ווייל די ביידע‬ ‫נסיונות איז דאך דער עיקר נסיון געווען בלויז דאס וואס אברהם‬ ‫אבינו איז געווען מסופק וואס דער רצון ה' איז‪ ,‬נו‪ ,‬ביי ביידע נסיונות‬ ‫האט ער דאך געהאט דעם זעלבן צער און יגיעה צו זוכן דעם אמת‪,‬‬ ‫ממילא‪ ,‬קען מען נישט אפשאצן וועלכער נסיון איז געווען שטארקער‪.‬‬ ‫זאגט אבער דער מדרש‪" :‬ממה דכתיב אל ארץ המוריה" – וויבאלד‬ ‫דער פסוק רופט דאס 'ארץ המוריה'‪ ,‬וואס דער טעם דערצו – זאגט‬ ‫דאך דער מדרש אויף אן אנדערן פלאץ‪ ,‬אז דאס איז צוליב 'שמשם‬ ‫יוצא אורה לעולם'‪ ,‬וואס פון דעם זעט מען‪ ,‬אז ווילאנג אברהם אבינו‬ ‫איז נישט אנגעקומען אהין – האט ער נישט געקענט אליין מחליט זיין‬ ‫וואס עס איז דער רצון ה'‪ ,‬און נאר דארט אויפן הר המוריה האט ער‬ ‫באקומען די ליכטיגקייט אין מח‪ .‬נו אויב אזוי‪ ,‬איז דאך דא געווען‬ ‫אסאך א גרעסערער ספק! "הוי השנייה חביבה מן הראשונה" – איז‬ ‫זי‬ ‫געדרינגען אז דער צווייטער נסיון איז געווען גרעסער פונעם ערשטן‬ ‫נסיון‪ ,‬וויבאלד מען געפונט נישט ביים ערשטן נסיון אז ער זאל ממש‬ ‫נישט קענען ארויסקריכן פונעם ספק‪ ,‬און מוזן גיין צום הר המוריה‬ ‫דערפאר‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫דער בית המקדש אויפן הר המוריה – וויבאלד דארט איז געווען די עקידה‬ ‫דער הייליגער דברי חיים זי"ע איז אמאל געזעסן מיטן כתב סופר‬ ‫זצ"ל און געשמועסט אין לערנען‪ .‬אינמיטן איז אנגעקומען רבי‬ ‫מענדעלע וויזניצער זצ"ל אויף א באזוך‪ ,‬האט דער צאנזער רב שנעל‬ ‫געענדיגט מיטן כתב סופר‪ ,‬און מקבל פנים געווען דעם וויזניצער‬ ‫רבי'ן‪ .‬שפעטער זענען געקומען מקורבים פונעם כתב סופר צום‬ ‫צאנזער רב‪ ,‬און זיך אפגערעדט אז לפי כבודו פונעם כתב סופר‪,‬‬ ‫וואלט דער צאנזער רב נישט געדארפט אזוי מקצר זיין – אויפצונעמען‬ ‫דעם וויזניצער רבי'ן‪ .‬האט זיי דער צאנזער רב געענטפערט‪:‬‬ ‫"פארוואס האט דער אייבערשטער געבויעט דאס בית המקדש אויפן‬ ‫הר המוריה און נישט אויפן הר סיני – וואו מען האט געגעבן די תורה‬ ‫פארן כלל ישראל? ווייל א פלאץ וואו א איד האט זיך אויסגעשטרעקט‬ ‫דאס האלז פארן אייבערשטן‪ ,‬איז גרעסער ווי א פלאץ וואו דער‬ ‫אייבערשטער האט געגעבן די תורה פאר אידן! און דער וויזניצער‬ ‫רבי שטרעקט אויס דאס האלז פארן אייבערשטן יעדע מינוט און‬ ‫יעדע רגע!"‪.‬‬ ‫דער מקום המקדש האט א סגולה מאיר עינים צו זיין צו וויסן דעם רצון ה'‬ ‫קומט אויס פון דער מעשה‪ ,‬אז די גאנצע קדושה פונעם בית המקדש‬ ‫– דאס נעמט זיך אלעס פונעם כח וואס אברהם אבינו האט‬ ‫דארט אריינגעלייגט ביי דער עקידה‪ .‬און לויט ווי מען רעדט‪ ,‬אז דער‬ ‫עיקר נסיון העקידה איז געווען דער ספק וואס עס איז נישט געווען‬ ‫קלאר וואס דער רצון ה' איז‪ ,‬און אברהם האט געזוכט דעם אמת ביז‬ ‫ער האט עס געטראפן – אויב אזוי קומט אויס‪ ,‬אז דארט אינעם מקום‬ ‫המקדש איז געווארן נחקק אויף נצחיות א כח‪ ,‬אז ווען א מענטש איז‬ ‫מסופק וואס עס איז דער רצון ה' – זאל ער דארט באקומען א‬ ‫קלארקייט און בהירות‪ ,‬מברר צו זיין וואס ער האט צו טון! ווייל אויב‬ ‫איז דער עיקר 'עמידה בנסיון' פון אברהם אבינו געווען דער נקודה‬ ‫חי‬ ‫פון זוכן דעם אמת מתוך אלע ספקות‪ ,‬און דורכדעם האט ער‬ ‫אריינגעברענגט א קדושה אינעם מקום המקדש – קומט דאך אויס‪,‬‬ ‫אז דאס איז דער נצחיות'דיגער כח פונעם בית המקדש‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫די קושיות פון 'צדיק ורע לו' – ספיקות וואס איז דער רצון הבורא – ווערן פארענטפערט אינעם‬ ‫הר המוריה‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם קאפיטל ע"ג‪ ,‬וואס דוד המלך רעדט‬ ‫זיך אויס די ספיקות וואס אידישע קינדער ליידן אינעם הסתר‬ ‫פנים‪ ,‬אז פון איין זייט זענען זיי מחויב מיט תורה און מצוות‪ ,‬אבער‬ ‫פון צווייטן זייט כאפט זיך נעבעך אריין ספיקות אין זייערע הערצער‬ ‫– ווען זיי זעען די הצלחה פון די רשעים‪ ,‬וואס פון דער 'הנהגת הבורא'‬ ‫זעט זיי עפעס אויס‪ ,‬כאילו דאס איז גאר דער רצון הבורא חס ושלום‪.‬‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫"עד ָאבוא ֶאל ִמ ְק ְ ּד ֵשי ֵא‪-‬ל ָא ִבינָ ה ְל ַא ֲח ִר ָ‬ ‫יתם"‬ ‫זאגט אבער דוד המלך‪ַ :‬‬ ‫– ווי נאר מען קומט אריין אין בית המקדש‪ ,‬באקומט מען א‬ ‫ליכטיגקייט און קלארקייט וואס עס איז דער רצון ה'! דארט‬ ‫פארשטייט מען באלד מיט א זיכערקייט‪ ,‬אז אודאי וויל דער‬ ‫אייבערשטער אז אידן זאלן זיין ערליך און הייליג! און דאס וואס ער‬ ‫פירט אנדערש – דאס איז נאר למען הנסיון‪ ,‬צו פארנארן דער‬ ‫וועלכער לאזט זיך נארן! אבער אויב לאזט מען זיך נישט נארן‪ ,‬איז‬ ‫מען שפעטער זוכה צום אור פון הר המוריה‪ ,‬וואס עס ווערט אים‬ ‫ליכטיג און קלאר – ָאן קיין ספיקות און בלבולי הדעת‪.‬‬ ‫היוצא לנו מזה‪ :‬דער גרעסטער שכר וואס מען גיבט פאר א איד‪ ,‬איז‬ ‫אויף דעם וואס ער איז דורש ומבקש‪ ,‬ער וויל טון רצון ה'‪ ,‬ער‬ ‫וויל זיך דערהאלטן אין די תורה און אינעם דרך אבותינו‪ ,‬אבער ער‬ ‫ווערט אזוי מבולבל‪ ,‬דא איז אזוי און דא איז אזוי‪ ,‬ער זעט ממש‬ ‫סתירות און ספיקות‪ .‬אבער פונדעסטוועגן זאגט דאך די גמרא 'הבא‬ ‫לטהר מסייעין אותו'‪ ,‬אויב איינער מיינט עס ערנסט העלפט מען אים‬ ‫פון הימל‪ ,‬מען ווייזט אים דעם וועג ער זאל קענען טון דעם רצון‬ ‫הבורא בשלימות‪ .‬דער אייבערשטער זאל טאקע העלפן‪ ,‬מיר זאלן‬ ‫זוכה זיין צו טון רצון ה' מיט אן אמת'דיגע אמונה פשוטה און א ריין‬ ‫הארץ‪ ,‬און מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו‪,‬‬ ‫טי‬ ‫אמן‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫‪Ƿ‬‬ ‫ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים‬ ‫דיבורים וסיפורים ‪-‬‬ ‫הרה"ק ר' שלום הלוי בהרה"ק ר' יעקב יוסף מקאמינקא זי"ע‬ ‫כ' מרחשון תרי"ב‬ ‫הויכע סודות אינמיטן שיילן קארטאפל‪...‬‬ ‫רבי שלום קאמינקער זצ"ל מיטן צאנזער רב זצ"ל זענען געווען‬ ‫נאנטע חברים‪ ,‬ביידע זענען געווען תלמידים פונעם ראפשיצער‬ ‫רב זצ"ל‪ .‬נאכן הסתלקות פון ראפשיצער רב זענען זיי געגאנגען זוכן‬ ‫א נייעם רבי'ן‪ ,‬זענען זיי ביידע אריינגעפארן צום ערשטן בעלזער רב‬ ‫דער שר שלום זצ"ל‪.‬‬ ‫ווי די רביצין הצדיקת מלכה (זי איז געווען א גרויסע צדיקת‪ ,‬און צדיקים האבן‬ ‫איר גערופן 'מלכי צדק'ב) האט דערזען די צוויי יונגעלייט‪ ,‬האט זי‬ ‫געוואלט אז דער בעלזער רב זאל זיי אריינבאקומען פאר חסידים‪.‬‬ ‫האט זי אים געזאגט‪" :‬זעה‪ ,‬רעד מיט זיי עפעס אזוינס (העכערע‬ ‫דיבורים)"‪ .‬האט דער בעלזער רב זיי געזאגט‪ ,‬אז זיי זאלן שפעטער‬ ‫אריינקומען צו אים שמועסן‪ .‬שפעטער ווען זיי זענען אריינגעגאנגען‬ ‫צום בעלזער רב‪ ,‬האט ער גערעדט מיט זיי היבש לאנג‪.‬‬ ‫ווען זיי זענען ארויסגעקומען‪ ,‬האט די רעביצין געוואלט וויסן וויאזוי‬ ‫די דיבורים האבן אויפגעטון אויף זיי‪ ,‬האט זי אונטערגעשיקט‬ ‫איינער פון די בעלזער חסידים‪ ,‬און ער האט זיי געפרעגט‪" :‬נו‪ ,‬וואס‬ ‫זאגט איר צו דעם שמועס?"‪ .‬האבן זיי געענטפערט‪" :‬מיר געדענקען‬ ‫ווען מיר האבן געשיילט בולבעס (קארטאפל) אויף פסח‪ ,‬איז דער‬ ‫ראפשיצער רב דארט דורכגעגאנגען און אונז אריינגערוימט אין‬ ‫אויער אט די דיבורים כלאחר יד!"‪.‬‬ ‫נישט גענומען קיין אנדערן רבי'ן‬ ‫לאחר הסתלקותו פונעם ראפשיצער רב‪ ,‬פלעגט דער ראפשיצער רב‬ ‫כ‬ ‫זיך אסאך מגלה זיין צום צאנזער רב‪ ,‬אבער דער קאמינקער‬ ‫רב האט נישט געהאט דעם התגלות‪ .‬האט ער געהאט דערפון אביסל‬ ‫הרה"ק רבי מאיר מפרימישלאן אמר רמז בפסוק "ומלכי צדק מלך שלם"‪ ,‬דכיון‬ ‫ב‬ ‫שהרבנית מבעלזא ששמה מלכה היתה צדיקת‪ ,‬לכן מלך שלם‪ ,‬נעשה שלום‬ ‫מלך‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫חלישות הדעת‪ ,‬האט ער געפרעגט פונעם צאנזער רב‪" :‬פארוואס איז‬ ‫זיך דער רבי מגלה נאר צו דיר און נישט צו מיר?"‪ .‬האט דער צאנזער‬ ‫רב געענטפערט‪" :‬ווייל דו האסט דיר גענומען אן אנדערן רבי'ן (דעם‬ ‫בעלזער רב‪ ,‬דער שר שלום)‪ ,‬אבער איך האב זיך ווייטער געהאלטן ביים‬ ‫אלטן רב!"‪.‬‬ ‫משיח וואלט געהאט מיט וועמען צו שמועסן…‬ ‫דער ראפשיצער רב האט געזאגט אויף זיינע צוויי תלמידים‪ ,‬דער‬ ‫צאנזער רב און ר' שלום קאמינקער‪" :‬ווען משיח קומט יעצט‪,‬‬ ‫וואלט ער געהאט מיט וועמען צו שמועסן אין לערנען"‪.‬‬ ‫יעצט מיין איך עס ערנסט‪...‬‬ ‫דער צאנזער רב און דער קאמינקער רב זענען אמאל געזעסן און‬ ‫געשמועסט‪ ,‬האט דער קאמינקער רב געזאגט‪" :‬ווען משיח‬ ‫וועט קומען‪ ,‬וועסטו זיין דער רבי פונעם דור און איך וועל זיין דער‬ ‫פוסק הדור"‪ ,‬און דער צאנזער האט געזאגט‪" :‬ניין‪ ,‬דו וועסט זיין דער‬ ‫רבי און איך וועל זיין דער פוסק"‪ .‬האט דער קאמינקער רב געזאגט‪:‬‬ ‫"ניין‪ ,‬עס קען נישט זיין!"‪ .‬האט דער צאנזער רב געפרעגט‪" :‬פארוואס‬ ‫זאגסטו אזוי?"‪.‬‬ ‫האט דער קאמינקער רב געענטפערט‪" :‬איך וועל דיר זאגן‪ ,‬ווען מיר‬ ‫זענען אמאל געווען אין קרעניץ אויף קור‪ ,‬האבן מיר געהאט‬ ‫שטיבלעך איינער קעגנאיבער דעם אנדערן‪ ,‬ביינאכט האב איך דיך‬ ‫געהערט ליינען קריאת שמע שעל המטה‪ ,‬האסטו געזאגט‪" :‬אני‬ ‫מאמין באמונה שלימה‪ ,‬חיים‪ ,‬האסט דאך נעכטן אויך אזוי געזאגט?‬ ‫אבער ניין‪ ,‬איך זאג דיר רבונו של עולם היינט גלייב איך ממש באמונה‬ ‫שלימה!"‪ ,‬און דו האסט נאכאמאל געזאגט‪" :‬חיים‪ ,‬האסט דאך נעכטן‬ ‫אויך אזוי געזאגט? אבער ניין‪ ,‬יעצט מיין איך עס ערנסט!"‪ .‬און אזוי‬ ‫נאכאמאל און נאכאמאל איבערגעגאנגען‪ ,‬און אזוי האסטו מיך‬ ‫אכ‬ ‫ארויסגעווארפן פון בעט און איך האב שוין נישט געקענט שלאפן‪ .‬נו‪,‬‬ ‫אויב אזוי וועסטו זיין רבי!"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫משיג צו זיין דעם 'רואה ואינו נראה' דארף מען אליין זיין א בעל מדרגה‪...‬‬ ‫דער קאלאשיצער רב זצ"ל האט נאכגעזאגט פונעם בעלזער רב דער‬ ‫שר שלום‪" :‬צו פארשטיין די כונות פון 'כגונא' (וואס מען זאגט‬ ‫פרייטאג צונאכט) מוז מען זיין א 'רואה ואינו נראה'!"‪.‬‬ ‫האט דער קאלאשיצער רב געזאגט בשם רבי שלום קאמינקער‪ ,‬אז‬ ‫דאס איז געווען דער בעלזער רב'‪ .‬ווייל ווען ער איז געווען אין‬ ‫בעלז אויף סוכות‪ ,‬איז בשעת דער בעלזער רב האט געמאכט די‬ ‫נענועים‪ ,‬האט ער (הר"ש מקאמינקא) געזען בלויז די ד' מינים‪ ,‬און נישט‬ ‫דעם בעלזער רבג‪.‬‬ ‫מען האט נישט געהערט אז אנדערע חסידים זאלן אויך דערציילען‬ ‫אז זיי האבן נישט געזען דעם רב בשעת די נענועים‪ ...‬זעט אויס‪,‬‬ ‫אז משיג צו זיין דעם 'רואה ואינו נראה' דארף מען אליינס אויך זיין א‬ ‫בעל מדרגה‪...‬‬ ‫נישט געוואלט און נישט געווארן‬ ‫דער צאנזער רב האט געזאגט‪" :‬עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן‬ ‫געוואלט (זיין א רבי) און נישט געווארן‪ ,‬עס זענען געווען אזעלכע‬ ‫וואס האבן נישט געוואלט און געווארן‪ ,‬און עס זענען געווען אזעלכע‬ ‫וואס האבן נישט געוואלט און נישט געווארן"‪.‬‬ ‫האט דער צאנזער רב אויסגעפירט‪" :‬כגון רבי נפתלי ליזענסקער און‬ ‫רבי שלום קאמינקער" – וואס זיי האבן נישט געוואלט ווערן‬ ‫רבי'ס און עס איז זיי טאקע געלונגען‪ ,‬אז זיי זענען טאקע נישט‬ ‫געווארן קיין רבי‪.‬‬ ‫די צדיקי אמת האבן קיינער פון זיי נישט געוואלט זיין קיין רבי‪ ,‬נאר‬ ‫מען האט זיי געצווינגען פון הימל‪.‬‬ ‫דורכגעגאנגען אלע הלכות לויים אין איין שבת‬ ‫בכ‬ ‫דעם בריסקער רב דער בית הלוי זצ"ל איז אמאל אויסגעקומען צו‬ ‫זיין אין גאליציע‪ ,‬האט ער געזוכט וואו ער קען זיין אויף שבת‬ ‫ביי א תלמיד חכם מיט וועמען ער וועט קענען רעדן אין לערנען‪.‬‬ ‫בגליון אמרי מנחם סוכות (שנה ג') מביא רבינו שיש נוסחא שמספר שראה את‬ ‫ג‬ ‫הרה"ק מבעלז עומד באויר עם הד' מינים‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫האט מען אים געזאגט‪ ,‬אז ער זאל פארן צו רבי שלום קאמינקער‬ ‫אויף שבת‪ .‬איז ער געווען ביי אים אויף שבת‪ ,‬האבן זיי צוזאמען‬ ‫דורכגעווארפן אלע הלכות וואס וועלן זיין נוגע לעתיד לבוא פאר‬ ‫לויים‪( .‬זיי ביידע זענען דאך געווען לויים)‪.‬‬ ‫האט ער געזען אז חסידים קענען אויך לערנען‪...‬‬ ‫*‬ ‫הרה"ק ר' ישכר דוב בהרה"ק ר' יהושע זי"ע מבעלז‬ ‫כ"ב מרחשון תרפ"ז‬ ‫די בעלזער יושבים וואלטן נישט מקפיד געווען‬ ‫דער בעלזער רב זצ"ל האט פארציילט אויפן רבי'ן ר' שמעלקא זצ"ל‪,‬‬ ‫אז ווען ער האט געזאגט די שירה‪ ,‬האט זיך דער עולם‬ ‫אויפגעהויבן די כאלאטן‪ ,‬ווייל עס האט זיך זיי ממש געשפירט ווי זיי‬ ‫גייען יעצט אריבער דעם ים סוף‪ ,‬און זיי האבן נישט געוואלט אז די‬ ‫בגדים זאלן נאס ווערן‪ .‬ווען דער בעלזער רב האט פארציילט די‬ ‫טשעלא ּבעס‬ ‫ַ‬ ‫קא‬ ‫מעשה‪ ,‬האט ער צוגעענדיגט בדרך צחות‪" :‬מיינע ַ‬ ‫(כאניאקישע יונגעלייט)‪ ,‬וואלטן געלאזט די בעקיטשעס נאס ווערן…"‪.‬‬ ‫מה מקוה מטהר את הטמאים‬ ‫אין בעלז איז געווען א קליין מקוה'לע‪ ,‬און דארטן האבן זיך יעדן‬ ‫טאג גע'טובל'ט א גרויסער עולם‪ .‬נו‪ ,‬קען מען זיך פארשטעלן‬ ‫וויאזוי דאס וואסער האט אויסגעזען נאכדעם‪ ...‬בפרט ערב יום‬ ‫גכ‬ ‫הקדוש וואס מען גייט עטליכע מאל אין מקוה‪ ...‬ווען דער בעלזער‬ ‫רב איז געגאנגען ערב יום הקדוש אין מקוה‪ ,‬האט ער גענומען פון די‬ ‫מקוה וואסער‪ ,‬און זיך אויסגעשווענקט דאס מויל דערמיט!‬ ‫אים ארויפגעזעצט אויבן‬ ‫מיין טאטע זכרונו לברכה איז נאך אלס בחור געווען ביים בעלזער‬ ‫רב‪ .‬דער בעלזער רב איז געזעסן אויבנאן‪ ,‬און פון פארנט איז‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫געווען א טיש מיט חסידים און זקנים‪ ,‬און אין דער זייט איז געווען א‬ ‫באנק פאר אנדערע אנשים חשובים און פאר בחורים רבי'שע‬ ‫אייניקלעך‪ .‬האט זיך דער טאטע געזעצט דער לעצטער אויפן באנק‪.‬‬ ‫ווען דער בעלזער רב איז אריינגעקומען צום טיש זיך צו גיין וואשן‪,‬‬ ‫האט ער געהאלטן דעם האנטוך אין דער האנט‪ ,‬איז ער צוגעגאנגען‬ ‫צום טאטן און מיטן האנטוך אים אזוי געקלאפט אויף דער פלייצע‬ ‫און געווינקען אז ער זאל זיך רוקן ארויפציר‪ ,‬און וויפיל ער האט זיך‬ ‫גערוקט‪ ,‬האט ער אים ווייטער געקלאפט און ארויפגעשטופט‪ ,‬ביז‬ ‫ער איז אנגעקומען צום אנפאנג באנק און געזעסן דער ערשטער‪.‬‬ ‫א השגה פון פריסטיקער רעביצין‬ ‫נאכן הסתלקות פונעם דברי יחזקאל זצ"ל‪ ,‬זענען די שינאווער‬ ‫קינדער געפארן צום בעלזער רב זצ"ל‪.‬‬ ‫דער פריסטיקער רב ר' מענדעלע זצ"ל איז אמאל געווען שטארק‬ ‫נישט געזונט‪ ,‬און די פריסטיקער רעביצין (הרבנית פיגא בילא) האט‬ ‫אים מזכיר געווען פארן בעלזער רב און דערביי געגעבן א טלית פאר‬ ‫א פדיון‪ .‬האט זי געזאגט‪" :‬איך וויל דער רבי זאל צוזאגן א רפואה"‪.‬‬ ‫האט ער געענטפערט‪" :‬אין בעלז האט מען נישט צוגעזאגט"‪ .‬האט זי‬ ‫זיך אנגערופן‪" :‬אויב אזוי איז דער טלית 'גזילה'…"‪ .‬האט זיך דער‬ ‫בעלזער רב אנגערופן צו זיינע ארומיגע‪" :‬עטץ הערט וואס דא טוט‬ ‫זיך…?" (ווי איינער זאגט‪ :‬האט עטץ שוין אמאל געזען א רעביצין מיט אזעלכע סארט‬ ‫הויכע השגות)‪ .‬און ער האט איר טאקע צוגעזאגט א רפואה און ער איז‬ ‫געזונט געווארן‪.‬‬ ‫דער טאטע האט 'מיך' געמיינט‬ ‫ווען דער בעלזער רב רבי יהושע'לע זצ"ל איז נסתלק געווארן‪ ,‬איז‬ ‫נישט געווען קלאר ווער עס וועט זיין דער ממלא מקום‪ .‬דער‬ ‫עלטסטער זון איז געווען דער סקאהלער רב זצ"ל‪ ,‬ער איז געווען א‬ ‫דכ‬ ‫גרויסער גאון און אן איידעם ביי הרה"ק ר' מענדעלע וויזניצער זצ"ל‪,‬‬ ‫און דער צווייטער זון איז געווען הרה"ק ר' ישכר דוב זצ"ל‪ .‬א גאנצע‬ ‫וואך איז מען דאך געזעסן שבעה‪ ,‬ממילא איז דאך נישט געווען שייך‬ ‫צו זען ווער עס נעמט איבער די הנהגה‪ .‬ווען עס איז געקומען צו‬ ‫מנחה ערב שבת‪ ,‬איז רבי ישכר דוב צוגעגאנגען צום עמוד און‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫אנגעהויבן מיטן בעלזן נוסח‪" :‬דער טאטע האט מיך געמיינט‪ ,‬הודו‬ ‫לה' כי טוב…"‪ .‬און מיט דעם האט זיך די זאך געשלאסן‪...‬‬ ‫דער 'וכל מאמינים' איז ווי ביים זיידן‬ ‫ראש השנה נאכן דאווענען ביים בעלזער רב‪ ,‬איז געווען דארט זיינס‬ ‫א קוזינע – א טאכטער פון זיין פעטער רבי זונדל זצ"ל (ער איז‬ ‫געווען א זון פון שר שלום)‪ ,‬וואס זי האט נאך גוט געדענקט דעם זיידן דעם‬ ‫שר שלום (דער רבי ישכר דוב איז נאך געווען א קינד פון פיר פינף יאר ביי דער פטירה‬ ‫פונעם שר שלום)‪ .‬האט דער בעלזער רב איר געפרעגט‪" :‬נו‪ ,‬ווי געפעלט‬ ‫דיר מיין דאווענען?"‪ .‬האט זי געענטפערט‪" :‬דער 'וכל מאמינים' איז‬ ‫געווען פונקט אזויווי ביים זיידן!"‪ .‬האט ער געזאגט‪" :‬איך ווייס! איך‬ ‫ווייס!"‪.‬‬ ‫אינטערעסאנט‪ ,‬אז ער האט געפרעגט 'מבינות' פון די ווייבער‪.‬‬ ‫אבער באמת איז עס א גמרא (נדה מה‪" :):‬מלמד‬ ‫שנתן הקדוש ברוך הוא בינה יתירה באשה יותר מבאיש"‪ ,‬זעט מען‪,‬‬ ‫אז די ווייבער זענען גרעסערע מבינים ווי די מענער‪...‬‬ ‫משיח וועט דאס נישט האבן‪...‬‬ ‫אין דער תקופה פון דער ערשטער וועלט מלחמה‪ ,‬איז דער בעלזער‬ ‫רב אמאל אריינגעקומען אין א בית המדרש פרייטאג צונאכט‪,‬‬ ‫זעט ער ווי א זעלנער וועלכער האט געדינט אין די ארמיי און האט‬ ‫געהאט עטליכע שעה פרייע צייט – זיצט און לערנט פלייסיג‪ .‬האט‬ ‫דער בעלזער רב געזאגט (בדרך צחות)‪" :‬דער זעלנער איז מעכב ביאת‬ ‫משיח‪ ,‬ווייל אין הימל האט מען הנאה פון דעם‪ ,‬ממילא‪ ,‬וויל ער נישט‬ ‫קומען‪."...‬‬ ‫הכ‬ ‫*‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬וירא‬ ‫הרה"ק ר' נפתלי בהרה"ק ר' אלעזר זצ"ל מליזענסק‬ ‫כ"ה מרחשון תקצ"ט‬ ‫באהאלטן אפילו פון צדיקים‬ ‫רבי משולם זושא ז"ל דער זון פון ר' נפתלי ליזענסקער זצ"ל איז‬ ‫אמאל געווען ביים רוזשינער זצ"ל‪ .‬פרעגט ער אים‪" :‬ווער זענט‬ ‫איר?"‪ .‬האט ער געענטפערט‪" :‬רבי נפתלי ליזענסקער'ס זון!"‪ .‬האט‬ ‫"אה‪ ,‬מיר קענען אים דאך!"‪.‬‬ ‫ער זיך אנגערופן‪ַ :‬‬ ‫ווען ער איז אהיימגעקומען האט ער דערציילט פארן פאטער די‬ ‫מעשה‪ ,‬האט ער געזאגט‪" :‬אזוי האט ער געזאגט? אויב אזוי מוזן‬ ‫מיר אריינפארן צו אים!"‪ .‬איז רבי נפתלי ליזענסקער געפארן צום‬ ‫רוזשינער‪ .‬שפעטער ווען ער איז אוועקגעפארן פון דארט‪ ,‬האט רבי‬ ‫נפתלי ליזענסקער געזאגט‪" :‬איך האב אים געזען (משיג געווען) ביז צו‬ ‫דער נאז‪ ,‬אבער איך האב זיך אראפגעצויגן דעם קאפעלוטש (בדרך‬ ‫משל) און ער האט מיך גארנישט געזען!"‪.‬‬ ‫נישט געוואלט און נישט געווארן‬ ‫דער צאנזער רב האט געזאגט‪" :‬עס זענען געווען אזעלכע וואס האבן‬ ‫געוואלט (זיין א רבי) און נישט געווארן‪ ,‬עס זענען געווען אזעלכע‬ ‫וואס האבן נישט געוואלט און געווארן‪ ,‬און עס זענען געווען אזעלכע‬ ‫וואס האבן נישט געוואלט און נישט געווארן"‪ .‬האט דער צאנזער רב‬ ‫אויסגעפירט‪" :‬כגון רבי נפתלי ליזענסקער און רבי שלום קאמינקער"‬ ‫– וואס זיי האבן נישט געוואלט ווערן רבי'ס און עס איז זיי טאקע‬ ‫געלונגען‪ ,‬אז זיי זענען טאקע נישט געווארן קיין רבי‪.‬‬ ‫די צדיקי אמת האבן קיינער פון זיי נישט געוואלט זיין קיין רבי‪ ,‬נאר‬ ‫מען האט זיי געצווינגען פון הימל‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫וכ‬ ‫‪yz‬‬ ‫ברכת מזל טוב‬ ‫נשגר בזה ברכת מזל טוב למעלת כבוד ידידינו הרבני הנגיד החסיד המפואר‪,‬‬ ‫בנן של קדושים אראלים ותרשישים‪ ,‬פרי עץ אבות‪ ,‬איש יקר ורב תבונות‪ ,‬רחים‬ ‫ומוקיר רבנן ואיהו גופי' צורבא מרבנן‪ ,‬קובע עתים לתורה בהתמדה נפלאה‪,‬‬ ‫לבו ער וחם להאזין לנדכאי לב ותמיד פתוח לעזור לזולתו במדה גדושה‪ ,‬זכה‬ ‫להתגדל בביהמ"ד של מרן רבינו זי"ע וליהנות ולהתעלות מתפלותיו ודברי תורתו‬ ‫ה"ה הרב רבי משה ווייס שליט"א‬ ‫מהתומכים החשובים של המכון אמרי מנחם‬ ‫בן לידידנו הרב הצדיק חו"פ רבי חיים אלעזר שליט"א שו"ב‬ ‫אדמו"ר מחמעלניק – ליזענסק‬ ‫לרגל אירוסי בתו תחי' בשעטומ"צ‬ ‫עב"ג הבחור החתן המו"מ בתויר"ש‬ ‫צו הערן די‬ ‫נכד הרב הצדיק‪ ,‬החסיד המפואר‪ ,‬שייף עייל ושייף נפיק‪,‬‬ ‫מוה"ר רבי אשר ניימאן שליט"א עמו"ש‬ ‫דברי כיבושין והתחזקות‬ ‫נכד מרן רבינו בעל דברי יחזקאל משינאווא ולמעלה בקודש‬ ‫רופט ‪718-400-7790‬‬ ‫בעל אכסניא של מרן רבינו זי"ע בעיר ה' שמה קרית יואל המעטירה‬ ‫בשבתו בשבתות וימים טובים אצל מרן רבינו קודש הקדשים זיעועכי"א‬ ‫יעזור השי"ת שזכותו הגדול של מרן רבינו וזכות הפצת דברי תורתו יעמוד לך ולזרעך‬ ‫אחריך‪ ,‬שהחתונה תהי' בשעה טובה ומוצלחת‪ ,‬לשם ולתפארת אבוה"ק‪ ,‬ותזכה לראות‬ ‫דורות ישרים ומבורכים זרע ברך ה'‪ ,‬לאריכות ימים ושנים טובים‪ ,‬ותשגשג ותפריח בכל‬ ‫אשר תפנה‪ ,‬וה' יצליח את דרכיך‪ ,‬אמן‬ ‫כ"ד המברך ידידך ומוקירך‬ ‫חיים מאיר וואגשאהל‬ ‫בשם מכון אמרי מנחם‬ ‫‪zy‬‬ ‫‪yz‬‬ ‫בשם אלפי לומדי והוגי תורת רבינו זי"ע בספרי וגליוני 'אמרי מנחם'‬ ‫מברכין אנו מעומקא דלבא‬ ‫ברכת מזל טוב‬ ‫לכבוד האי גברא רבא‪ ,‬חו"פ‪ ,‬בקי בכל מכמני התורה‪ ,‬ורבים נהנים ממנו עצה ותושיה‪,‬‬ ‫מרביץ תורה וירא"ש לרבים המסתופפים בצלו‪ ,‬והארץ האירה מכבודו‪.‬‬ ‫הרב הגה"צ רבי מנחם שלמה ראזנבערגער שליט"א‬ ‫אבדק"ק נעשכיז‬ ‫חתן הרב הצדיק הגאון הגדול המפורסם‪ ,‬חסידא ופרישא‬ ‫מוה"ר רבי ארי' לייביש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ ק"ק קרית ויואל משה‬ ‫חתנו חביבו של מרן רבינו זי"ע‬ ‫לרגל השמחה השרויה במעונו‬ ‫בנישואי בנו המופלא ומופלג בתויר"ש וחסידות הרב משה שליט"א‬ ‫הוא הגבר אשר מסר נפשו כמה וכמה שנים בקביעות‪ ,‬להתקשר בטעלפאן לרבינו זי"ע‬ ‫לשאול ולדרוש על חידושי התורה שנתחדשו ונדרשו בסעודה שלישית‪ ,‬ובשעת מעשה‬ ‫נקלט על הטעיפ‪ ,‬ועל ידי זה נותר לנו ברכה הרבה חידושי תורה מרבינו זי"ע‪ ,‬וחלק גדול‬ ‫מספרי אמרי מנחם – נעתקו ונכתבו מאלו ההקלטות‪ .‬והכל נזקף לזכותו של האי חכם‬ ‫עדיף מנביא שליט"א‪ ,‬שהטריח עצמו בטירחא יתירתא‪ ,‬כדי שיתקיים 'ברוך אשר יקום‬ ‫את דברי התורה הזאת' בקיום נצחי כהיום הזה‪.‬‬ ‫מדתו של רבינו שהיתה מצויין מאוד במדת הכרת הטוב‪ ,‬בודאי יגן עליו ועל כל‬ ‫משפחתו שיחי'‪ ,‬וימליץ בעדו מעולם האמת שהזיווג יעלה יפה יפה לשם ולתפארת‬ ‫אבותיהם הק'‪ ,‬ויבנו בית נאמן בישראל ולדורות ישרים ומבורכים‪ ,‬מתוך נחת והרחבת‬ ‫הדעת וכט"ס‪.‬‬ ‫מכון אמרי מנחם‬ ‫‪zy‬‬ ‫לקבלת הקונטרס מדי שבוע‪:‬‬ ‫להערות והארות‪:‬‬ ‫‪mechonshinova@gmail.com‬‬ ‫‪845.459.5954‬‬