דברי חיזוק - אידיש · Devree Chizuk - Yiddish — וירא (2026-10-26)

בעזהשי"ת
דברי חיזוק
פרשת וירא
רביה"ק מסאטמאר -דורך די פרשה פון לוט רביה"ק מסאטמאר -מיר האבן א הבטחה ,אז
באקומען מיר אלע השפעות טובות! [עמוד כה] אלעמאל וועלן בלייבן ערליכע אידן וואס וועלן
נישט פארכאפט ווערן אין ציונות! [עמוד ג]
רביה"ק מסאטמאר -די מלאכים ליינען יעדע
וואך שבת די פרשה פון לוט ,כדי צו מעורר זיין זרע קודש -לערן דיך אפ פונעם יצר הרע וויאזוי
רחמים אויף כלל ישראל! [עמוד כז] צו דינען השי"ת! [עמוד ז]
בית אהרן -צעברעך דיין נאטור פארן
מאור ושמש -אין דער שורש פון די בריאה איז
אויבערשטן וועסטו זוכה זיין צו ישועות למעלה
נישטא קיין שום קטרוגים! [עמוד לב]
מדרך הטבע! [עמוד ט]
נועם אלימלך -די פינטל פון אלע מצוות איז די שפת אמת -זיי צופרידן אפילו אויב יענער איז
השתוקקות צו מקיים זיין דעם רצון ה'! מצליח אין רוחניות מער פון דיר [עמוד י]
[עמוד לד]
זרע קודש -אין די רגע וואס דו וועסט אנהויבן
הרבי מלובלין -אפילו דו ביסט שוין אינעם נעץ דינען דעם אויבערשטן ,וועט ער דיר גלייך
פונעם יצר הרע ,קענסטו נאך שיינען און לייכטן! העלפן! [עמוד יב]
[עמוד לט] זוהר הקדוש -יעדער איינער איז זוכה צו זען די
אמרי פנחס -וויאזוי וועט מיין תשובה אנקומען שכינה הקדושה!! [עמוד יג]
ביזן כסא הכבוד! [עמוד מ] חת"ם סופר ' -גילוי שכינה' נאר דורך 'שמחה של
ישמח משה -זיך עקשנ'ען אנצוגיין מיט עבודת מצוה' [עמוד טו]
ה' טראץ אלע שטערונגען! [עמוד מא] תוצאות חיים -אויפנעמען יעדן מענטש מיט
כבוד [עמוד יז]
בעל התניא -א שמועס צווישן דעם אויבערשטן
און די נשמה [עמוד מג] בית אברהם -דו ביסט נישט אליינס! יעדער וועט
דיר שטיין צו הילף! [עמוד יח]
תפארת שלמה -טראכט נישט נאר פון 'זיך'!!
אור המאיר -דיינע מצוות דערגרייכן פיל העכער
[עמוד מז]
ווי דו מיינסט! [עמוד יט]
תפארת שלמה -אז דו וועסט לויבן אויף די גוטס קדושת לוי -אברהם אבינו האט גרינגער
ביז אהער ,וועסטו זוכה זיין צו ממשיך זיין געמאכט פאר כלל ישראל צו טון מצוות!
פרישע חסדים! [עמוד מט] [עמוד כב]
הרה"ק מקאברין -הכנסת אורחים ברענגט א תפארת שלמה -לאז נישט נאך! זיי ווייטער
רפואה [עמוד נ] מתפלל צו השי"ת!! [עמוד כד]
זיך איינצושרייבן צו באקומען וועכנטליך די גליון
ווי אויך פאר סיי וואספארא באמעקונגען
רופט /טעקסט צו מכון דברי חיזוק אויף 845-886-0123
און לאזט א מעסעדזש אויפן סיסטעם
אדער שיקט אן אימעיל צו
dc8458860123@gmail.com
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
חלק ניכר מקונטרס הזה הוא מעשי ידי אומן של
הרב רבי יוסף זצ"ל ב"ר אברהם שמואל יהודא שליט"א,
שהעתיק ,ערך ,וליבן חלק ניכר מקונטרס הזה ,אשתקד פר' וירא תשפ"ו
נדפס לזכרו ולעילוי נשמתו
יה"ר שזכות הרבים יעמוד לו ולדורותיו לנצח ולנצחים
-א-
מיר האבן א הבטחה ,אז אלעמאל וועלן בלייבן ערליכע
אידן וואס וועלן נישט פארכאפט ווערן אין ציונות!
וַ ֵּ ּי ָרא ֵּאלָ יו ה' ְּּב ֵּאלֹנֵּ י ַמ ְּמ ֵּרא וְּ ה ּוא י ֵֹּשב ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל ְּּכחֹם ַה ּיוֹ ם (יח ,א)
און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו ,אין 'אילוני ממרא',
און ער איז געזעצן ביים טיר פון געצעלט ,ווען די זון האט געברענט
רש"י ברענגט ,אז ווען אברהם אבינו האט געזען די שכינה ,האט ער זיך געוואלט
אויפשטעלן ,האט אים דער אויבערשטער געזאגט" :בלייב זיצן ,און דאס וועט זיין א
סימן פאר דיינע אייניקלעך ,אז איך וועל שטיין ביי יעדן דין תורה ,און די דיינים וועלן
זיצן" .אין מדרש (בראשית רבה מח ,ז) ווערט דאס געברענגט אויף אן אנדערן ענין ,אז
דער אויבערשטער האט געזאגט ,אז דאס וועט זיין א סימן ,אז ווען אידן וועלן
אריינקומען אין בית הכנסת און בית המדרש צו ליינען קריאת שמע ,וועלן זיי זיצן און
איך וועל שטיין .און אין מדרש תנחומא (וירא ,ד) שטייט א דריטע גירסא ,אז ווען די
קליינע קינדער וועלן לערנען ,וועלן זיי זיצן און איך וועלן שטיין.
-ג-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ערקלערט :דער זוהר חדש זאגט (תיקונים ,קמא ,):אז
ביי דעם געלעגנהייט ,ווען דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם ,האט
ער אים געוויזן וואס עס וועט פאסירן אין אלע דורות ביז דעם לעצטן דור.
לויט דעם קען מען ערקלערן ,אז ווען אברהם אבינו האט געזען דער נידריגער מצב
פון די שפעטערע דורות ,האט ער געוואלט 'זיך אויפשטעלן' ,וואס דאס איז מרמז,
אז ער האט געוואלט דאווענען [ווי די גמרא זאגט (ברכות ו ,):אז דאס ווארט
'עמידה' [שטיין] ווייזט אויף דעם ענין פון תפילה] ,ער האט געוואלט מתפלל זיין
אזעלכע תפילות וואס וועלן ברענגען די גאולה געצוואונגענערהייט .אבער דאס
איז פארבאטן צו טון ,ווייל דער אויבערשטער האט באשוואוירן כלל ישראל ,נישט
צו נעמען די גאולה פאר די צייט (כתובות קי ,):און אין דעם איז אויך אריינגערעכנט,
אז מען טאר נישט מתפלל זיין אזעלכע תפילות וואס וועלן ברענגען די גאולה
געצוואונגענערהייט (זע ויואל משה מאמר א ,כט) .דעריבער האט דער אויבערשטער
געזאגט פאר אברהם" :בלייב זיצן" ,דאס מיינט ,אז ער זאל נישט מתפלל זיין
אזעלכע תפילות.
דער אויבערשטער האט ממשיך געווען :אויב וועסטו זיך זארגן ,וויאזוי איז מעגליך
אז אידן וועלן קענען אויסהאלטן אין די לעצטע דורות ,אזעלכע ביטערע נסיונות,
און וויאזוי וועלן נאך איבערבלייבן ערליכע אידן וואס וועלן זיך האלטן ביי די ריינע
אמונה ,און אויסווארטן אויף די ישועה פונעם אויבערשטן? דעריבער האט אים
דער אויבערשטער געזאגט" :איך וועל שטיין און זיי וועלן זיצן" ,דאס מיינט ,אז ער
האט אים מבטיח געווען ,אז ער וועט אפהיטן כלל ישראל מיט א ספעציעלע
שמירה ,אז עס זאלן אלעמאל איבערבלייבן ערליכע אידן וואס וועלן נישט
פארכאפט ווערן אין דעם שטראם פון מינות וכפירה ,און זיי וועלן נישט זיין קיין
-ד-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
חלק פון די שרעקליכע כפירה ,צו נעמען חלילה א גאולה פאר די צייט ,נאר זיי
וועלן ווארטן אויף די ישועה פון השי"ת.
לויט דעם קען מען פארשטיין דעם מדרש (בראשית רבה מח ,א) ,אז דער אויבערשטער
האט פארמערט אן ענוה פאר אברהם ,מיט דעם וואס ער איז געשטאנען און אברהם
איז געזיצן .די כוונה דערפון איז ,אז אברהם אבינו האט משיג געווען ,אז ס'איז נישטא
קיין אנדערער וועג וויאזוי צו ברענגען די גאולה ,נאר דורך 'ענוה' און שפלות ,און
צוליב דעם האט ער משפיע געווען די מידה פון ענוה און שפלות פאר די לעצטע
דורות ,אז זיי זאלן גיין מיט די וועגן פון ענוה ,נישט צו זוכן קיין אייגענע רעגירונג ,און
קיין אייגענע מלוכה ,און נישט טון חלילה קיין שום גשמיות'דיגע פעולות צוצוהעלפן
צו די גאולה ,ווייל דאס דערווייטערט נאכמער די גאולה ,נאר זיך פארלאזן אויפן
אויבערשטן אליין ,און ווארטן אויף זיין ישועה.
דעריבער ווערט דא געברענגט אין די מדרשים די עניינים פון ליינען קריאת שמע ,און
פון די תורה פון די תינוקות של בית רבן ,ווייל דאס איז דער איינציגסטער וועג פאר
כלל ישראל אין דעם לעצטן דור ,זיך צו שטארקן מיט תפילות און בקשות ,צו בעטן
דעם אויבערשטן ,אז ער זאל אונז אויסלייזן בקרוב ,און ווי אויך אין דעם זכות פון די
קליינע קינדער ,די ריינע תורה פון די תינוקות של בית רבן ,אין זייער זכות וועט דער
אויבערשטער אפהיטן כלל ישראל ,אז מיר זאלן זיך קענען פירן אויף די וועגן פון
אברהם אבינו מיט ענוה און שפלות ,און אין דעם זכות וועלן מיר בקרוב אויסגעלייזט
ווערן במהרה בימינו אמןא.
א דברי יואל (עמ' שפ) :עוד אפ"ל בקש לעמוד וכו' עפי"מ שאמרז"ל (ברכות ו' ע"ב) אין עמידה
אלא תפילה שנא' ויעמוד פנחס ויפלל ,דכשראה אאע"ה לפניו גודל שפלות דורות האחרונים
רצה להתפלל תפלות כאלו המכריחין למהר בחי' הגאולה ,כמו שמצינו בתפלת ר' חייא ובניו
-ה-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
(ב"מ פ"ה ע"ב) ,אמנם גם זהו בכלל השבועה שלא ידחקו את הקץ וכפירש"י (כתובות ק"י) שלא
ירבו בתחנונים על כך יותר מדאי ,ובארתי שר"ל תפלות כאלו המכריחין בחי' הגאולה כגון
ר' חייא ובניו( ,עיין ויואל משה מאמר א' סימן כ"ט) ,וז"פ בקש לעמוד היינו להתפלל על דורות
האחרונים ולעשות בתפלתו הכרח על הגאולה ,א"ל הקב"ה שב שלא תתפלל תפלות כאלו,
שגם זה נכלל בשבועה של דחיקת הקץ ,ואם תאמר איך יוכלו ישראל לעמוד בגודל הנסיונות
הללו ואיך ישארו עוד שארית מישראל שיהיו דבוקים בהקב"ה וממתינים על ישועת ית"ש,
א"ל הקב"ה ואני אעמוד ,ר"ל שהבטיח אותו הקב"ה שישמור את עמו ישראל בהשגחה
מיוחדת וישארו בישראל שארית אשר לא יכרעו לבעל ולא יתפסו לזרם המינות וכפירה,
וימנעו מליקח חלק בדחיקת הקץ שהיא נגד רצונו ית"ש ,אלא יקיימו והי' לכם למשמרת
נטרונא וימתינו על ישועת השי"ת ...ובזה יובן דברי המדרש ,מה ענוה הרבה הקב"ה
לאברהם שהי' יושב והשכינה עומדת ,ר"ל דבהתגלות הזה הראה לו הקב"ה עד סוף כל
הדורות כמבואר לעיל בדברי הזוהר חדש ,וראה את דור האחרון הזה ,והשיג שאין דרך אחר
לזכות לגאולה רק ע"י ענוה ושפלות רוח ,וע"כ הרבה ענותנותו ,ופעל בזה להשפיע מדת
הענוה לדורות האחרונים ,שילכו גם המה בדרך הענוה שלא לבקש שררה ושולטנות ,כמ"ש
והשארתי בישראל עם עני ודל וחסו בשם ה' ,ולא לעשות פעולות גשמיות בידים לסייע אל
הגאולה ח"ו ,דזה מרחק עוד קץ הגאולה ח"ו ,רק לחסות בשם ה' ,וא"ש דברי המדרשים
הנ"ל (בקושיא א') מה שהסמיכו את הפסוק אלקים נצב בעדת קל לפרשה זו וירא אליו ה' וגו',
שזה הפסוק וכל המזמור מדבר מדור האחרון עיקבתא דמשיחא ,ועל אותו הזמן הראה לו
הקב"ה לאאע"ה סימן זה שהוא יושב והקב"ה עומד כנ"ל ,וכמו"כ לפי"ד המדרש הנ"ל
שרומז על מה שישראל נכנסין לבתי כנסיות ולבתי מדרשות וכו' אפ"ל הכוונה שרמז הקב"ה
לאאע"ה שזה יהי' הדרך היחידי לישראל בדור האחרון להרבות בתפלה ותחנונים לפניו
ית"ש שנזכה במהרה לישועה שלימה ,ולא ח"ו לעשות איזה פעולה אנושית ה' ישמרנו,
ולפי"ד המדרש תנחומא ירמוז על תינוקת של בית רבן ,ר"ל שזכותם יגרום להביא את
הגאולה ,במה שהן יושבין וקורין ובזכות הבל פיהן שאין בו חטא ,יעמוד הקב"ה לימיננו
לשמור שארית פליטת עמו ישראל ,ונזכה להיות דבוק בו ית"ש בדרך התוה"ק ולהיות בענוה
ובשפלות רוח ,בדרך שהכין אאע"ה בשביל דורות הבאים ,ובזכות זה נזכה במהרה לראות
בישועת כל ישראל ושמחתן ובהתגלות כבוד שמים עלינו במהרה בימינו אמן.
-ו-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-ב-
לערן דיך אפ פונעם יצר הרע וויאזוי צו דינען השי"ת!
וַ ֵּ ּי ָרא ֵּא ָליו ה' ְּּב ֵּאלֹנֵּ י ַמ ְּמ ֵּרא (יח ,א)
און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו ,אין 'אילוני ממרא'
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע ערקלערט ,אז דער פסוק קומט אונז מרמז זיין ,אז
מיר דארפן זיך אפלערנען פונעם יצר הרע וויאזוי צו דינען השי"ת .אזויווי מיר זעען אז
דער יצר הרע טוט זיין אויפגאבע מיט א געוואלדיגע פלייסיגקייט ,ער לאקערט כסדר
אויף דעם מענטש מיט אלע סארטן חכמות און תחבולות אים אריינצוכאפן אין זיין
נעץ ,און ער לאזט נישט נאך זיין ארבעט אפילו אויף איין רגע ,און אפילו דער מענטש
האט זיך שוין טויזנט מאל מתגבר געווען אויף אים ,איז ער זיך נישט מייאש ,נאר ער
פרובירט ווייטער אים צו מכשיל זיין ,אלעס כדי צו מקיים זיין דעם ציווי ה' וואס האט
אים אויף דעם באשאפן.
פון דעם דארפן מיר זיך אפלערנען ווי פלייסיג און ווי איבערגעגעבן מיר דארפן זיין צו
מקיים זיין דאס וואס השי"ת האט אונז באפוילן ,צו טון מצוות און אנטלויפן פון
עבירות מיט אונזער גאנצער כח און מח ,און נישט ווערן אפגעשוואכט דערפון אפילו
אויף איין רגע .דאס זאגט אונז דוד המלך (תהלים קיט צח) 'מאויבי תכחמני מצוותיך',
אז פון מיין גרעסטער שונא ,דער יצר הרע ,דארף איך זיך לערנען און קלוגן וויאזוי
מקיים זיין די מצות' ,כי לעולם הוא לי' ,ווייל איך זע אז די מלחמה פונעם יצר הרע
מיט מיר גייט אן אויף אייביג ,ממילא דארף איך זיך אפלערנען פון אים נישט
נאכצולאזן קיינמאל פון עבודת ה'.
-ז-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
קומט אויס ,אז בשעת ווען דער יצר הרע קומט צו א מענטש און ער פרובירט אים
מיט אלע תחבולות איינצורעדן צו טון א עבירה ,דארף ער פון דעם אליינס נעמען א
לימוד און א חיזוק אים נישט צו פאלגן ,ווייל ער זעט דאך יעצט ווי פלייסיג און
איבערגעגעבן דער יצר הרע איז צו זיין אויפגאבע (צו צורעדן צו עבירות) ,דארף ער זיך
ארויסלערנען דערפון צו זיין פונקט אזוי פלייסיג און איבערגעגעבן צו זיין אויפגאבע
(שמירת התורה ומצות).
דאס זאגט אונז דא דער פסוק' :וירא אליו ה' באלוני ממרא' ('אלוני' איז א לשון פון
שטארקייט ,און 'ממרא' איז א לשון פון ווידערשפעניגן) ,דאס מיינט צו זאגן ,אז בשעת דער
יצר הרע קומט 'באלוני ממרא' ,און ער פרובירט מיט זיין גאנצע שטארקייט איינצורעדן
דעם מענטש צו ווידערשפעניגן אין השי"ת ,אפילו דעמאלטס דארף זיין 'וירא אליו
ה'' -אז פון דעם אליינס קען זיך דער מענטש ארויסלערנען ווי ווייט ער דארף זיך
מדבק זיין אין השי"ת און נישט פאלגן דעם יצר הרע.
דאס איז מרומז אין די ראשי תיבות פון ו'ירא א'ליו י'י ב'אלוני מ'מרא ,וואס איז
'מאויב' ,דאס ווייזט אז דער 'וירא אליו ה'' לערנט מען זיך ארויס דוקא 'מאויב' -פון
אונזער גרעסטער פיינט ,דער יצר הרע ,ווייל פון זיין מלחמה לערנען מיר זיך ארויס
וויאזוי זיך צו מדבק זיין און השי"תב.
ב זרע קודש פ' וירא :וירא אליו ה' באלוני ממרא כו' .וזהו שנאמר וירא אליו ה'
באלוני ממרא ,פירוש שאפילו כשהיצר הרע מתחזק עליו להפילו בהמראה ומרד
להמרות ולמרוד נגדו ית"ש ,גם שם וירא אליו ה' שידבק עצמו בה' כנ"ל ,שיבין
מזריזות היצר הרע איך לדבק בה' ולהזדרז בעבודתו ית"ש ,וזהו מרומז בר"ת של
ו'ירא א'ליו י"י ב'אלוני מ'מרא הוא מאוי"ב ,כנ"ל שזהו שוירא אליו ה' הוא מאויב
על דרך מאויבי תחכמני מצותיך ,שממלחמת היצר האויב ,לומד איך לדבק בו ית"ש.
-ח-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-ג-
צעברעך דיין נאטור פארן אויבערשטן וועסטו
זוכה זיין צו ישועות למעלה מדרך הטבע!
וַ ֵּ ּי ָרא ֵּאלָ יו ה' ְּּב ֵּאלֹנֵּ י ַמ ְּמ ֵּרא וְּ ה ּוא י ֵֹּשב ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל ְּּכחֹם ַה ּיוֹ ם (יח ,א)
און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו ,אין 'אילוני ממרא',
און ער איז געזעצן ביים טיר פון געצעלט ,ווען די זון האט געברענט
רש"י ברענגט ,אז ווען אברהם אבינו האט געזען די שכינה ,האט ער זיך געוואלט
אויפשטעלן ,האט אים דער אויבערשטער געזאגט" :בלייב זיצן ,און דאס וועט זיין א
סימן פאר דיינע אייניקלעך ,אז איך וועל שטיין ביי יעדן דין תורה ,און די דיינים וועלן
זיצן".
דער הייליגער בית אהרן זי"ע ערקלערט ,אז די כוונה פון דעם סימן איז ,אז פונקט ווי
אברהם איז געווען העכער פון די טבע ,אזויווי חז"ל זאגן (שבת קנו ).אויפן פסוק (בראשית
טו ,ה)" :ויוצא אותו החוצה" ,אז דער אויבערשטער האט ארויסגענומען אברהם פון
דער גשמיות'דיגער טבע .אט דער ענין וועט זיין א סימן פאר זיינע אייניקלעך ,אז דער
אויבערשטער וועט זיך אויך פירן מיט אלע אידן למעלה מדרך הטבע.
אזויווי עס ווערט געברענגט אין דעם ספר פונעם תולדות זי"ע ,אז אויב א איד פירט
זיך מיט אויבערשטן בדרך הטבע ,דאן פירט זיך דער אויבערשטער אויך מיט אים
בדרך הטבע ,אבער א איד וואס פירט זיך מיטן אויבערשטן שלא בדרך הטבע ,ער
צעברעכט זיין טבע פארן אויבערשטן ,דאן מאכט דער אויבערשטער מיט אים ניסים
שלא כדרך הטבע ,און ער הייבט אים אויף העכער פון די טבע.
-ט-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
ווייל יעדער איד וואס וויל זוכה זיין צו עפעס א רוחניות'דיגער ענין מיט אן אמת ,מוז
ער ארויסגיין פון דעם 'דרך הטבע' ,ווייל ער דארף זיך דערווייטערן פון אלע תאוות
און אלע גשמיות'דיגע גלוסטענישן וואס קומען פון די טבע פון דער וועלט ,און כדי
צו דעגרייכן צו עפעס אידישקייט דארף א מענטש צעברעכן זיין טבע וואס ציעט צו
גשמיותג.
-ד-
זיי צופרידן אפילו אויב יענער איז מצליח אין רוחניות מער פון דיר
ַו ֵּ ּי ָרא ֵּא ָליו ה' ְּּב ֵּאלֹנֵּ י ַמ ְּמ ֵּרא (יח ,א)
און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו ,אין 'אילוני ממרא'
רש"י ערקלערט די סיבה פארוואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם,
דוקא אין דעם פלאץ פון 'ממרא' ,ווייל ממרא האט גע'עצה'ט פאר אברהם ,אז ער
זאל זיך מל'ען אזויווי דער אויבערשטער האט באפוילן ,אנדערש ווי זיינע אנדערע
חברים 'ענר' און 'אשכול' וואס האבן אים אפגערעדט פון דעם.
ג בית אהרן :א"ל הקב"ה שב ואני אעמוד ואתה סימן לבניך .היינו שאתנהג עמם למעלה
מסדר העולם .וכדאי' על פסוק ויוצא אותו החוצה ויאמר הבט נא השמימה .כי הגביהו
למעלה מכיפת הרקיע ויצא חוץ לטבע ולמעלה מן הטבע כדאיתא בספר של הרב מפולנאה.
שאיש הישראלי שמתנהג עם הקב"ה בדרך הטבע הקב"ה מתנהג עמו ג"כ בדרך הטבע .ומי
שמתנהג עם הקב"ה שלא בדרך הטבע הקב"ה עושה עמו נסים ג"כ שלא בדרך הטבע
ומגביהו למעלה מן הטבע .וכידוע מאברהם מה שהי' .ויאמר לו כה יהי' זרעך .היינו שזרעך
יהי' ג"כ כך כשאיש ישראל רוצה להגיע מעט לדבר י"י באמת הוא מוכרח לצאת מדרך הטבע.
ראשונה צריך לראות לצאת ולהתרחק מכל התאוות ומכל התשוקות מן הטבע של זה העולם.
כי הטבע מוטבע בחומר .והבן היטיב.
-י-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
דער הייליגער שפת אמת זי"ע ערקלערט ,אז די חברים פון אברהם האבן
פארשטאנען ,אז דורך די מילה וואס ער וועט זיך מל'ען ,וועט ווערן א פעסטע בונד
צווישן אים און דעם אויבערשטן ,אז זיינע אייניקלעך וועלן זיין אויסדערוועלט פון אלע
פעלקער ,דעריבער האבן זיי נישט מסכים געווען דערצו .אבער ממרא האט געגלייבט,
אז אויב דער אויבערשטער האט אזוי געזאגט ,דארף אזוי זיין ,און ס'מוז זיין אז ער איז
נישט ראוי צו זיין גלייך מיט אברהם ,דעריבער האט ער מסכים געווען דערויף ,כאטש
וואס ער האט געוואוסט ,אז דורכדעם וועט ער ווערט דערווייטערט ,און נאר די
אייניקלעך פון אברהם וועלן זיין די אויסדערוועלטע פון די בריאה.
צוליב דעם האט ממרא זוכה געווען ,אז דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם
אין זיין פלאץ ,וואס דורכדעם האט ער געהאט א שייכות צו די ליכטיגקייט פון די
שכינה ,דוקא דורכדעם וואס ער האט צוגעשטימט צו ווערן דערווייטערט.
דאס איז א לימוד פאר יעדן איד ,אז קיין שום מענטש קען נישט טון קיין שום זאך אין
אידישקייט ,נאר אויב ער איז זיך מבטל צו גאנץ כלל ישראל ,און ער דארף אפמאכן
ביי זיך מיט א קלארקייט ,אז אויב עס וועט ארויסקומען מער כבוד שמים דורך זיינע
חברים ,איז ער גרייט זיך צו אינגאנצן מבטל זיין ,און אלעס אויפגעבן ,דורכדעם וועט
ער שטענדיג קענען טרעפן א פלאץ ,און דאס אליין וועט אים ברענגען נענטער צום
אויבערשטןד.
ד שפת אמת (תרל"ד) :באלוני ממרא שנתן לו עצה על המילה כו' .ולמה נכתב זה ומה שבח
לממרא שהשיאו למול כי מה איכפת ליה אך ודאי הבינו כי על ידי המילה שנכרת ברית להיות
מיוחד הוא וזרעו להשי"ת להיות נבדל מכל האומות ,ולזאת לא הסכימו ענר אשכול אבל
ממרא האמין כי כך צריך להיות ושאינו כדאי להתדמות אליו והסכים עמו אף שידע שיתרחק
על ידי זה ועל ידי זה דוקא זכה להתקרב ונגלה בחלקו והיתה לו שייכות על ידי זה הריחוק
-יא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-ה-
אין די רגע וואס דו וועסט אנהויבן דינען דעם אויבערשטן ,וועט ער דיר גלייך העלפן!
ְּוה ּוא י ֵֹּשב ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל (יח ,א)
און אברהם אבינו איז געזעצן ביים טיר פון געצעלט
דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע ערקלערט :אברהם איז מרמז אויף די מידה פון
'חסד' ,און דער פסוק איז מרמז"ְּ :וה ּוא" – און די מידה פון אברהם ,וואס דאס איז די
מידה פון 'חסד'" ,י ֵֹּשב ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל" – זיצט ביים טיר פון עבודת ה' ,ווייל תיכף ווען
א מענטש וויל אריינגיין אין די טויערן פון עבודת ה' ,זיצט שוין די 'מידת החסד' גרייט
אים צו העלפן .דער אויבערשטער זאגט נישט" :איך וויל צום ערשט זען ,אויב ער
מיינט עס ערנסט ,אז ער וועט אמת'דיג אריינגיין אין עבודת ה' ,און נאר דאן וועל איך
משפיע זיין אויף אים חסדים" ,נאר דער אויבערשטער העלפט אים גלייך מיט אלע
מיני חסדים ,ווייל דער אויבערשטער איז משפיע אויף אונז יעדן איינציגן טאג ,נייע
ליכטיגע חסדיםה.
עצמו .והוא ללמד לכל איש ישראל שאין אדם יכול לעשות דבר רק על ידי שמתבטל לכלל
ישראל וצריך לגמור בדעתו שאם יהיה כבוד שמים יותר בחביריו הוא מבטל עצמו וכל אשר
לו ועל ידי זה יוכל למצוא מקום תמיד וזה שאיתא (במ"ר ד כ) מי שממעט כבוד עצמו ומרבה
כבוד שמים כבוד שמים מתרבה וכבודו מתרבה והוא כנ"ל.
ה זרע קודש :א"י אברהם הי' מדת החסד ובכל יום משפיע ית"ש חסדים חדשים לנו כמ"ש
חדשים לבקרים רבה כו' בוקר הוא מדת החסד וז"ש הכתוב כאן והוא פי' אברהם מדת החסד
יושב פתח האוהל תיכף בכניסת האדם לעבודתו ית"ש יושב מדת החסד לעזרו ואינו אומר
ית"ש אראה מקודם אם יעבוד אותי ויכנס לעבודתי אז אתחסד עמו רק תיכף שבא האדם
לפתח האוהל עבודתו ית"ש מתחסד ית"ש לעזרו בכל מיני חסדים.
-יב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-ו-
יעדער איינער איז זוכה צו זען די שכינה הקדושה!!
ַו ֵּ ּי ָרא ֵּאלָ יו ה' ְּּב ֵּאלֹנֵּ י ַמ ְּמ ֵּרא ְּוה ּוא י ֵֹּשב ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל ְּּכחֹם ַה ּיוֹ ם:
וַ ִּ ּי ּ ָשא ֵּעינָ יו ַו ַ ּי ְּרא וְּ ִּה ֵּּנה ְּשל ֹ ָשה ֲאנָ ִּשים נִּ ָ ּ
צ ִּבים ָע ָליו (יח ,א-ב)
און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו ,אין 'אילוני ממרא',
און ער איז געזעצן ביים טיר פון געצעלט ,ווען די זון האט געברענט .און ער
האט אויפגעהויבן זיינע אויגן און געזען ,ווי דריי מענטשן שטייען נעבן אים
דער זוהר הקדוש דרש'נט דעם פסוק אויף די צייט וואס א מענטש גייט אוועק פון די
וועלט :רבי יהודה האט געזאגט ,אז בשעת די פטירה פון א מענטש ,איז דער גרויסער
יום הדין ,וואס דעמאלטס טיילט זיך די נשמה אפ פונעם גוף ,און א מענטש גייט נישט
אוועק פון די וועלט בעפאר ער זעט די שכינה ,אזויווי דער פסוק זאגט (שמות לג כ) 'כי
לא יראני האדם וחי' (השי"ת זאגט :א מענטש קען מיר נישט זען און בלייבן לעבן) ,לערנט מען
ארויס ,אז בעפאר א מענטש ווערט נפטר זעט ער יא די שכינה הקדושה ,דאס זאגט
דא די פסוק 'וירא ה' אליו באלוני ממרא' – דער אויבערשטער באווייזט זיך צו יעדן
מענטש' ,כחום היום' ,דאס גייט ארויף אויף דעם טאג פונעם גרויסן ברענענדיגן יום
הדין ,וואס מען איז דן די מענטש בשעת ער גייט אוועק פון די וועלט.
'וישא עיניו וירא והנה שלשה אנשים נצבים עליו' ,דאס גייט ארויף אויף די דריי
מלאכים וואס קומען צוזאמען מיט די שכינה הקדושה ,וואס זיי קוקן איבער אלע
מעשים וואס דער מענטש האט געטון זיין גאנצע לעבן ,און דער מענטש איז אויף
אלעם מודה מיט זיין מויל .און ווען די נשמה זעהט אז מען איז דן די גוף אויף אלע
מעשים וואס ער האט געטון ,פאנגט די נשמה אן ארויסצוגיין פונעם גוף ביז זי קומט
-יג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
אן צום האלז ,דאס איז פשט אין פסוק 'והוא יושב פתח האהל' .און דארט שטייט די
נשמה און איז זיך מתוודה אויף אלעם וואס דער גוף האט געטון מיט איר אויף די
דאזיגע וועלט.
אין די מאמענטן פריידט זיך די נשמה פונעם צדיק אויף אלע גוטע מעשים וואס ער
האט אריינגעכאפט אויף די וועלט ,און ער פריידט זיך אז ער קען שוין צוריק געבן זיין
פקדון בשלימות פאר השי"ת .אזויווי רבי יצחק האט געזאגט :די נשמה פון א צדיק
גלוסט און בענקט שטענדיג ,ווען וועט זי שוין קענען אוועקגיין פון דער נארישער
וועלט ,און הנאה האבן פון זיין שכר בעולם הבאו.
ו זוה"ק פ' וירא ,מדרש הנעלם (צ"ח ע"ב) עם פי' מתוק מדבש :דבר אחר ,וירא אליו ה'
באלוני ממרא ,רבנן פתחי לפרש פרשה זו בהאי קרא ואמרו שפסוק זה רומז בשעת פטירתו
של אדם ,דתניא אמר רבי יהודה ,בשעת פטירתו של אדם ,הוא יום הדין הגדול ,שהנשמה
מתפרדת מן הגוף ,ולא נפטר אדם מן העולם עד שרואה את השכינה ,הדא הוא דכתיב כי
לא יראני האדם וחי כמ"ש לקמן (ויחי דף רכו ע"א) ,פי' שלא שלא יראני האדם וישאר בחיים,
אבל רואה הוא בחייו ומת מיד ,ובאין עם השכינה שלשה מלאכי השרת לקבל נשמתו של
צדיק ,הדא הוא דכתיב וירא אליו ה' וגו' פי' השכינה מתגלה אל האדם בשעת פטירתו,
כחום היום ,זה יום הדין הבוער כתנור להפריד הנשמה מן הגוף יום פטירתו של האדם הוא
יום הדין שבו דנים אותו להפריד נשמתו מהגוף ,אז וישא עיניו וירא והנה שלשה אנשים
הם הג' מלאכים שבאים עם השכינה לקבל נשמתו אם הוא צדיק ,והם המבקרים מעשיו
מה שעשה כל ימי חייו ,והוא מודה עליהם בפיו שכך עשה ,וכיון שהנשמה רואה כך שדנים
את הגוף על כל מה שעשה ,יוצאת מן הגוף עד פתח בית הבליעה כמו שכתוב והוא יושב
פתח האהל ,פי' הנשמה יושבת בפתח בית הבליעה ,ועומדת שם עד שמתודה כל מה
שעשה הגוף עמה בעולם הזה ומסתלקת מן העולם .ואז בשעה שהנשמה יוצאת מהגוף
נשמת הצדיק היא שמחה במעשיה שעשתה בעולם הזה ,ושמחה על פקדונה שיכולה
להחזיר פקדונה שהיא נשמתה בשלימות ,דתאנא אמר רבי יצחק ,נשמתו של צדיק מתאוה
אימתי תצא מן העולם הזה שהוא הבל ,כדי להתענג בעולם הבא.
-יד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-ז-
'גילוי שכינה' נאר דורך 'שמחה של מצוה'
ַו ֵּ ּי ָרא ֵּאלָ יו ה' ְּּב ֵּאלֹנֵּ י ַמ ְּמ ֵּרא ְּוה ּוא י ֵֹּשב ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל ְּּכחֹם
ַה ּיוֹ ם :וַ ִּ ּי ּ ָשא ֵּעינָ יו וַ ַ ּי ְּרא וְּ ִּה ֵּּנה ְּשל ֹ ָשה ֲאנָ ִּשים נִּ ָ ּצ ִּבים ָע ָליו
אתם ִּמ ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל ַו ִּ ּי ְּש ַּתח ּו ָא ְּר ָצה (יח ,א-ב)
ַו ַ ּי ְּרא וַ ָ ּי ׇרץ לִּ ְּק ָר ָ
און דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו אין 'אילוני ממרא' ,און ער איז
געזעצן ביים טיר פון געצעלט ,ווען די זון האט געברענט .און ער האט אויפגעהויבן זיינע
אויגן און געזען ,ווי דריי מענטשן שטייען נעבן אים ,און ער האט געזען ,און ער איז
געלאפן אנטקעגן זיי פון די טיר פונעם געצעלט ,און ער האט זיך געבוקט צו דער ערד
דער הייליגער חת"ם סופר זי"ע ערקלערט :דער אויבערשטער האט זיך געוואלט
באווייזן צו אברהם אבינו ,אבער די שכינה קען נישט רוען אויף א מענטש נאר ווען
ער איז פרייליך מיט א 'שמחה של מצוה' (שבת ל ,):און וויבאלד אברהם אבינו האט
אין די צייט געהאט גרויס צער פון זיינע יסורים פון די מילה ,און ווי אויך האט ער
נישט געקענט מקיים זיין זיין באליבטע מצוה פון 'הכנסת אורחים' [ווייל דער
אויבערשטער האט גאר שטארק אנגעהייצט די וועלט ,אז קיינער זאל נישט קענען
גיין אין גאס] ,דעריבער האט ער נישט געקענט זען און משיג זיין די ליכטיגקייט
פונעם אויבערשטן וואס האט זיך באוויזן צו אים ,ווייל ס'האט געפעלט פון זיין
'שמחה של מצוה'.
דעריבער האט אים דער אויבערשטער צוגעשיקט די דריי געסט ,און תיכף ווען ער
האט זיי געזען איז ער געווארן אנגעפילט מיט 'שמחה של מצוה' ,דעריבער ַ"ו ַ ּי ְּרא"
-טו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
– האט ער זוכה געווען צו 'זען' און משיג זיין די שכינה וואס האט זיך אנטפלעקט
צו אים.
בעפאר אברהם אבינו האט זיך גע'מל'עט ,האט ער נישט געהאט די כוחות צו זען
די שכינה ווען ער איז געשטאנען ,אלעמאל ווען די שכינה איז נתגלה געווארן צו
אים איז ער אראפגעפאלן ,אבער יעצט ,נאכן זיך מל'ען ,האט ער יא געקענט בלייבן
שטיין אפילו ווען ער האט געזען די שכינה (רש"י בראשית יז ,ג) ,דעריבער זאגט דער
פסוק" :וַ ָ ּי ׇרץ לִּ ְּק ָר ָ
אתם ִּמ ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל" – ער האט אפילו געקענט לויפן קעגן די
געסט ,בשעת'ן זען די ליכטיגקייט פון די שכינה ,און צוליב דעם ַ"ו ִּ ּי ְּש ַּתח ּו ָא ְּר ָצה"
– האט ער זיך געבוקט פארן אויבערשטן ,אים צו לויבן אויף דער הויכער מדריגה
צו וואס ער האט זוכה געווען ,אז ער קען זען די ליכטיגקייט פון די שכינה און נישט
אראפפאלןז.
(שבת ל ז תורת משה :וירא אליו ה' באלוני ממרא וגו' וישא עיניו וגו' .אחז"ל
ע"ב) אין השכינה שורה אלא מתוך שמחה של מצוה והכא אדרבא הי' מצטער
ביסורי המילה ועוד שהוציא חמה מנרתיקה ולא עברו עוברים ושבים כפירש"י
וה' רצה להתראות אליו והוא לא יכול לראות ולהשיג כ"א ע"י שמחה של מצוה
ע"כ וישא עיניו וירא והנה ג' אנשים אורחים עומדים שמח שמחת מצוה ומיד
וירא השכינה שנתגלה אליו והנה לפנים כשראה השכינה נפל על פניו קודם
שנימול כפירש"י לעיל פ' לך לך (י"ז ג') אבל עתה וירא השכינה ולא נפל כ"א
וירץ לקראתם מפתח האהל ולא נפסקה מראית השגתו ע"כ וישתחו ארצה להודות
לה' על השגה חדשה שנתחדש לו עתה ע"ד וירא כל העם וירונו ויפלו על
פניהם (ויקרא ט' כ"ד).
-טז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-ח-
אויפנעמען יעדן מענטש מיט כבוד
אתי ֵּחן ְּּב ֵּעינֶּ ָ
יך וַ ּי ַ
ֹאמר ֲאד ֹנָ י ִּאם נָ א ָמ ָצ ִּ
ַאל נָ א ַת ֲעבֹר ֵּמ ַעל ַע ְּבדֶּּ ָך (יח ,ג)
און אברהם האט געזאגט פאר די געסט" :מיינע
הערן! ביטע גיי נישט אוועק פון דיין קנעכט"
דער ספר תוצאות חיים ברענגט ארויס א מוסר השכל וואס מען זעט פון דא ,אז
טראץ וואס אברהם אבינו האט געמיינט אז זיי זענען אראבער'ס ,מיט דעם אלעם
האט ער זיי אנגערופן 'מיינע הערן' מיט כבוד און שעצונג ,דאס ווייזט אז יעדער
מענטש איז מחוייב צו מכבד זיין אן אנדערן מענטש ,אפילו אויב ער קען אים נישט,
און מ'דארף אויפנעמען יעדן מענטש מיט ווארעמקייט און פריינטשאפט ,ווייל נאר
אזוי קען די וועלט אנגייןח.
ח תוצאות חיים (להגאון רבי חיים באסקוויץ ,נדפס שנת תקכ"ד) :ויאמר אדני אם נא מצאתי חן
בעיניך אל נא תעבור מעל עבדך הנה קרא אותם אברהם אדני אעפ"י שבתחילה
כערבים נדמו לו היה מדבר אליהם דרך כבוד בלשון אדנות .תוכחת מוסר שמחוייב
האדם לכבד זולתו אעפ"י שאינו מכירו ויקבל כל אדם בסבר פנים יפות כי זהו מקיום
וישוב העולם.
-יז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-ט-
דו ביסט נישט אליינס! יעדער וועט דיר שטיין צו הילף!
יכם וְּ ִּה ּ ָש ֲענ ּו ַּת ַחת ָה ֵּעץ (יח ,ד)
יֻ ַּקח נָ א ְּמ ַעט ַמיִּ ם וְּ ַר ֲחצ ּו ַרגְּ לֵּ ֶּ
[אברהם אבינו האט געזאגט פאר די געסט ]:עס זאל
גענומען ווערן אביסל וואסער ,און איר זאלט זיך וואשן
אייערע פיס ,און איר זאלט זיך אנלאנען אונטערן בוים
דער הייליגער בית אברהם מסלאנים זי"ע איז מרמז ,אז דער פסוק קומט אונז דא
לערנען ,אז ווען א מענטש וויל זיך נעמען צו עבודת ה' ,ער וויל אוועקווארפן זיינע
שלעכטע דרכים און זיך אויפפירן כרצון ה' ,דארף ער זיך קודם אנשטרענגען מיט
'זיינע' כוחות לויט וויפיל ער קען ,און טון אלע פעולות וואס זאלן אים ברענגען אים
דערצו ,און דערנאך קען ער זיין זיכער אז השי"ת וועט אים זיכער העלפן ווייטער ,אז
ער זאל טאקע אנקומען צו זיין געוואונטשענער ציל.
דאס זאגט דער פסוק' :יקח נא' ,דאס ווארט 'נא' איז מרמז אויף תפלה ובקשה ,אז
דער מענטש זאל מתפלל זיין' .מעט' איז מרמז אויף ענוה ,ער זאל אויסרייסן פון זיך
די מדה פון גאוה' .מים' איז מרמז אויף די תורה ,דהיינו ער זאל עוסק זיין בתורה
כראוי' .ורחצו רגליכם' ער זאל מלחמה האלטן מיט זיינע שלעכטע געוואוינהייטן
(לשון 'רגילות') און רצונות ,און ער זאל זיך גענצליך משעבד זיין צום רצון ה' .און
דערנאך 'והשענו תחת העץ' ,קען ער זיך פארלאזן און זיין פארזיכערט אז השי"ת וועט
אים זיכער העלפן ווייטער.
-יח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
ווייל ווען א איד וויל זיך דערנענטערן צו השי"ת ,שטייט ער בכלל נישט אליינס ,נאר
אלע קומען אים צו הילף ,סיי השי"ת ,סיי די צדיקים פון דער וועלט ,און אויך די
צדיקים פון יענע וועלטט.
-י-
דיינע מצוות דערגרייכן פיל העכער ווי דו מיינסט!
וְּ ָש ָרה ש ַֹמ ַעת ּ ֶּפ ַתח ָהא ֶֹּהל ְּוה ּוא ַא ֲח ָריו (יח ,יא)
און שרה האט געהערט [ווי די מלאכים רעדן צו אברהם] ,ביים עפענונג
פונעם געצעלט ,און דער עפענונג איז געווען אונטער אברהם
הרה"ק רבי זאב וואלף פון זיטאמיר זי"ע ערקלערט ,אז דער פסוק קומט אונז דא
לערנען א וויכטיגער יסוד .אז קיין שום זאך פון די תורה הקדושה איז נישט פשוט
אזויווי עס זעט אויס אין אונזערע פליישיגע אויגן ,נאר אלעס איז מרמז אויף גאר הויכע
און גרויסע זאכן בעולמות העליונים ,וועלכע זענען למעלה מהשגתינו.
ווייל ווען א מענטש טוט סיי וועלכע מצוה ,למשל ער טוט אן ציצית אדער תפילין,
ענדיגט זיך נישט די זאך ביי די פשוט'ע פעולת המצוה וואס ער האט געטוהן ,נאר עס
ט בית אברהם פ' וירא :יוקח נא מעט מים וגו' ,נא ,מרומז על תפלה ובקשה ,מעט,
מרומז על הכנעה ושפלות ,מים מרומז לתורה ,אין מים אלא תורה ,ורחצו רגליכם,
היינו הטבעיות וההרגלים שלו ,היינו שיכניע את דעתו ורצונו ויבטלם לרצון ה',
וילחם נגד הדברים שנעשו אצלו בטבעיות ורגילות ,ויעסוק בתורה ותפלה ,ואחר כל
זה והשענו תחת העץ ,יסמוך ויבטח בה' שיעזור ויושיע לו .השי"ת בא לעזר לכל
הרוצים להתקרב אליו ,צדיקים מעלמא הדין עוזרים ,צדיקים מעולם העליון עוזרים.
-יט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
גייט ווייטער און ווייטער עד אין שיעור וחקר .די זעלבע זאך איז אויך בנוגע די אלע
סיפורי מעשיות וואס ס'שטייט אין די תורה ,דארפן מיר וויסן אז דאס איז נישט סתם
אזוי גלאט און פשוט ווי עס זעט אונז אויס ,נאר עס גייט טיפער און טיפער למעלה
מהשגתינו.
ווען א מענטש לעבט מיט אט דעם יסוד ,איז זיין גאנצע עבודת ה' און זיין גאנצע
אידישקייט אויף א העכערע פארנעם ,מיט חיות א דביקות צו השי"ת ,וויבאלד ער
שפירט און ער איז מרגיש די געוואלדיגע טיפקייט און העכערקייט וואס איז דא אין
יעדע מצוה און אין יעדע עבודה .אנדערש איז אבער ,ווען א מענטש מיינט אז אלעס
איז נאר פשוט אזוי ווי עס זעט זיך פאר די פליישיגע אויגן און מער נישט ,דאן איז זיין
גאנצע עבודת ה' טרוקן און אן קיין פנימיות און דביקות.
דאס איז דער חילוק צווישן די צוויי נעמען 'שרי' מיט 'שרה' ,וואס זענען מרמז אויף
אט די צוויי סארטן מענטשן' :שרי' מיט א יו"ד (וואס דער אות יו"ד איז מרמז אויף חכמה)
איז מרמז אויף די העכערע מענטשן ,וואס ווייסן און גלייבן אז אין יעדע זאך פון די
תורה הקדושה ליגט באהאלטן א געוואלדיגע פנימיות'דיגע חכמה וואס גייט למעלה
למעלה עד אין חקר .און 'שרה' מיט א ה"א (וואס דער אות ה"א איז מרמז אויף די 'ה' מוצאות
הפה' [-די פינף ערטער פון וואו דער מענטש רעדט]) איז מרמז אויף די פראסטע מענטשן,
וואס זיי קוקן נאר אויף די חיצוניות פון די תורה הקדושה (אזוי ווי די 'ה' מוצאות הפה'
זענען א חיצוניות'דיגע זאך) ,און זיי כאפן בכלל נישט אז עס איז באהאלטן דא א
פנימיות'דיגע און טיפע חכמה.
דאס זאגט אונז דער פסוק' :ושרה שומעת פתח האהל' ,אז די פראסטע מענטשן
וואס ווערן אנגערופן מיטן נאמען 'שרה' (ווייל זיי קוקן נאר אויפן חיצוניות פון די תורה ומצוות,
-כ-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
ווי אויבנדערמאנט) ,דאס איז גורם אז ש'ומעת פ'תח ה'אהל ,וואס איז ראשי תיבות
'שפה' ,דאס מיינט ,אז זייער גאנצע עבודת ה' בתורה ובתפלה איז ליידער נאר 'מן
השפה ולחוץ' ,אן קיין שום פנימיות און דביקות צו השי"ת .און זיי ווייסן נעבעך נישט
דעם אמת אז 'והוא אחריו' (דאס ווארט 'והוא' איז מרמז אויף באהאלטענע זאכן) ,דהיינו אז
עס איז דא אסאך פנימיות'דיגע און באהאלטענע זאכן אין די תורה הקדושה ,וואס
מען קען דאס נישט משיג זיין נאר דורך אסאך הארעווען און זיך מוטשענען אין עבודת
ה' ,וואס דעמאלט דערלייכט דער אויבערשטער די אויגן אז מען איז זוכה משיג צו זיין
מער און מער פנימיות ,אשרי הזוכה לזהי.
י אור המאיר פ' וירא (קטעים מדרוש ארוך) :וזהו ב' בחינות שר"ה שר"י ,כלומר ,יש שני
גווני בני אדם ,פחותי הערך שאינם חרדים על דברו יתברך ,אינם מסתכלים על פנימיות
הדברים הנפעלים בעולם ,ליתן לב לאיזה כוון ברא ככה פועל החכם בעולמו ,הכל
בשביל קילוסו ורוממותו ,להשיג עליון מהתחתון ,אינם נותנים את לבם ונפשם לזה כלל,
ואפילו בחינת תורתם ותפלתם גם כן על דרך זה ,אין תבונה בהם להשיג ולדעת ,היות
כל עצמה של התורה רושם אלהות ,להשיג על ידי סיפורי מעשיות הכתובים בה ,המה
רק אורות עליונים בהירים ונפלאים ,אכן לגודל פחותי ערכם וחסרון ידיעתם ,אינם
מסתכלים כי אם על הפשוט ,ולא על הפנימיות ,ואנשים כאלה מכונים בשם שר"ה,
כלומר מסתכלים על ה' מוצאות הפה ,ואשר עיני שכל להם לשמוע ולהסתכל על
פנימיות הדברים ,הן דיבור איש לרעהו ,או בדבורי תורה ותפלה ,לבבם זה להם לראות
משם חכמה הגנוזה כמבואר ,אנשים אלו אפשר לכנותם בשם שר"י ,כלומר מסתכלים
אל פנימיות הדברים ,היינו חכמה המכונה באות יו"ד כנודע ,ועל ידי התלבשות מדריגות
התחתונים ,יכולים המשכילים להשיג רוממות אלהותו יתברך .ועתה נחזור לביאור,
ויאמר שוב אשוב וכו' ושרה שומעת פתח האהל ,בכאן באה התורה להוכיח על פניהם
של פחותי הערך ,שאין להם התפשטות הדעת ,ותבונה אין בהם ,לדאג לבם בקרבם
אשר מעשיהם זר ובהמה המה להם ,כיון שאין להם לב שומע ,ועינים להם ולא יראו
פנימיות דברים הנפעלים בעולם ,וגם תורתם ותפלתם תועבה ,בתערובות מחשבות זרות,
-כא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-יא -
אברהם אבינו האט גרינגער געמאכט פאר כלל ישראל צו טון מצוות!
יְּ ַד ְּע ִּּתיו לְּ ַמ ַען ֲא ֶּשר יְּ ַצ ֶּ ּוה ֶּאת ָּבנָ יו ְּו ֶּאת ֵּּביתוֹ ַא ֲח ָריו
וְּ ָש ְּמר ּו דֶּּ ֶּר ְּך ה' ַל ֲעשוֹ ת ְּצ ָד ָקה ּו ִּמ ְּש ּ ָפט (יח ,יט)
[דער אויבערשטער זאגט ]:איך האב ליב אברהם ,וויבאלד ער באפעלט זיינע קינדער און זיין
משפחה נאך אים ,אז זיי זאלן אפהיטן דעם וועג פונעם אויבערשטן ,צו טון צדקה און 'משפט'
דער הייליגער קדושת לוי זי"ע זאגט :אברהם אבינו פלעגט אינזין האבן ביי
יעדע מצוה וואס ער האט מקיים געווען ,אז ער טוט דאס 'בשם כל
כיון שלא נתנו עצות לנפשם ,בעוסקם בחיצונים דברים הכרחים שבלתי אפשרי זולתם,
לעשות בתחתון ולרמוז בעליון ,שלא להסתכל על ה' מוצאות ,כי אם בחכמה הפנימית
הרומז להם לעבודת בוראם ,ולהיות שאינם נשמרים מכל זה ,נתמלאים הם מלא קומתם
ממחשבות חיצונים והבלי עולם ,ואלו הם המחשבות זרות הבאים לאדם באמצע תורה
ותפלה ,וזה הגורמת שאין להם לב להבין פנימיות התורה ,כי אם מסתכלים על ה'
מוצאות שבה ,היינו סיפורי מעשיות הכתובים בתורה .זה בא הרמז בתורה ושרה שומעת
פתח האהל ,ירצה ,אנשים פחותי הערך המכונים בשם שר"ה ,שאינם מסתכלים כי אם
על ה' מוצאות הפשוטים כמדובר ,זה הגורמת" ,שומעת "פתח "האהל ר"ת שפ"ה ,כל
עניניהם בתורה ותפלה אינם כי אם מן השפה ולחוץ ,כאשר איתא (סנהדרין קו ):תורתו
של דואג היה מן השפה ולחוץ ,ולפחותי ערכם עינים להם ולא יראו ,והוא אחריו,
ואיתא בזוהר כמה פעמים (ח"ב רעז ,):מלת הוא ,מורה עלמא דאתכסיא ,כלומר הגם
שנדמה שפ"ה של סיפורי מעשיות הכתובה בתורה ,המה דבורים נגליים ופשוטים,
ומורה התורה דרך הנכונה ,ידוע תדע והוא אחריו ,עדיין יש בסיפורים הנגליים ופשוטים,
דברים נסתרים ונעלמים מעיני כל חי ,אשרי מי שזוכה להבינם ,אחרי השתדלות רב,
והאל ברחמיו הגדולים יורינו לראות נפלאות מתורתו .אמן.
-כב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
ישראל' – אינאיינעם מיט אלע נשמות פון כלל ישראל וואס וועלן ארויסקומען
פון אים.
פון דעם איז ארויסגעקומען א געוואלדיגע טובה פאר כלל ישראל ,אז ער האט
אויסגעטרעטן א וועג ,אז זיי זאלן קענען משיג זיין די ליכטיגקייט פון די מצוות
און זיי מקיים זיין ,וויבאלד זיי האבן דאס שוין איינמאל מקיים געווען נאך פאר
זיי זענען געבוירן געווארן ,אינאיינעם מיט אברהם אבינו.
דאס איז מרומז אין די פסוקים ,דער אויבערשטער זאגט" :יְּ ַד ְּע ִּּתיו" – "איך
האב ליב אברהם אבינו" ,און ער דערציילט די געוואלדיגע מעלות פון אברהם,
"א ֶּשר יְּ ַצ ֶּ ּוה" – בשעת
"ל ַמ ַען" – פון וועגןֲ ,
וויאזוי ער איז מקיים די מצוותְּ :
('יצוה' איז א לשון פון באהעפטן און ער איז מקיים א מצוה ,באהעפט ער זיך
"את ָּבנָ יו וְּ ֶּאת ֵּּביתוֹ ַא ֲח ָריו" – אינאיינעם מיט זיינע
פאראייניגן ,אזויווי 'צוותא')ֶּ ,
קינדער און מיט זיינע אייניקלעך" ,וְּ ָש ְּמר ּו דֶּּ ֶּר ְּך ה'" – קומט אויס ,אז עס ווערט
פאררעכנט ,כאילו יעדער איד האט שוין אמאל מקיים געווען אלע מצוות,
"לַ ֲעשוֹ ת ְּצ ָד ָקה ּו ִּמ ְּש ּ ָפט" – און דורכדעם וועט זיי זיין פיל גרינגער צו קענען
מקיים זיין די מצוות און טון צדקה מיט משפטיא.
יא קדושת לוי :וזה שאמר הכתוב ,המכסה אני מאברהם כו' כי אני ידעתיו .מלשון אהבה,
רצה לומר אני אוהב אותו והתחיל לספר בשבח ומעלת אברהם בקיום מצותיו .וזה שאמר
למען ,רצה לומר עבור .אשר יצוה ,רצה לומר לשון צוותא וחבור אשר יכוין לחבר בעשותו
איזה מצוה אינו עושה אותו הוא לבדו רק את בניו ואת ביתו אחריו ,רצה לומר שהוא עושה
עם כל יוצאי חלציו וזרעו הבאים אחריו .וזהו שאמרו ושמרו דרך ה' ,לשון עבר ,רצה לומר
שנחשב כאילו שמרו כבר דרך השם כיון שכבר קיימו כל המצות וגם עשה דרך לבניו שיהיה
להם קל אחר כך לעשות צדקה ומשפט.
-כג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-יב -
לאז נישט נאך! זיי ווייטער מתפלל צו השי"ת!!
ַו ֵּ ּי ֶּל ְּך ה' ַּכ ֲא ֶּשר ִּּכ ָּלה לְּ ַד ֵּּבר ֶּאל ַא ְּב ָר ָהם וְּ ַא ְּב ָר ָהם ָשב ִּל ְּמקֹמוֹ (יח לג)
און דער אויבערשטער איז אוועקגעגאנגען ,ווען ער האט געענדיגט
רעדן צו אברהם ,און אברהם איז צוריק געגאנגען צו זיין ארט
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע שטעלט זיך ,אז לכאורה זענען די ווערטער
'ואברהם שב למקומו' גענצליך איבריג ,ווייל עס איז דאך זעלבסט פארשטענדליך
אז אברהם אבינו איז נישט געבליבן שטיין אויף יענעם פלאץ אויף אייביג?
נאר דער פסוק איז מרמז מיט דעם ,אז כאטש וואס אברהם אבינו האט געזען
אז דער אויבערשטער איז שוין אוועקגעגאנגען פון אים ,און ער האט למעשה
גארנישט גע'פועל'ט מיט זיינע תפלות צו ראטעווען סדום ,דאך איז אברהם
צוריק געגאנגען צו זיין ארט ,ווייטער צו מתפלל זיין אויף אידישע קינדער
לדורות עולם.
ווייל כאשט וואס אברהם אבינו האט געזען אז זיינע תפלות האבן נישט אויפגעטון,
איז ער בכלל נישט אפגעשוואכט געווארן פון די ענין פון תפלה ,נאר 'ואברהם
שב למקומו' ,דהיינו ער איז צוריקגעגאנגען צו די זעלבע פלאץ ווי ער איז געווען
בפאר ער האט מתפלל געווען אויף סדום ,וואס דעמאלטס איז ער געווען גאר
שטארק אין דעם ענין פון תפלה (והראיה אז ער האט מתפלל געווען אויף סדום) ,פונקט
אזוי שטארק איז ער געווען נאכדעם וואס זיינע תפלות זענען נישט אנגענומען
געווארן ,און ער האט ווייטער עוסק געווען אין תפלה פונקט ווי פריער.
-כד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
אזוי דארף יעדער איד זיך פירן שטענדיג ,אז כאטש וואס ער זעט אז זיינע תפלות
האבן גארנישט געהאלפן ,דאך זאל ער זיך ח"ו נישט מייאש זיין פון ווייטער מתפלל
זיין און מעורר זיין רחמים שמים .אזויווי חז"ל זאגן (ברכות לב ,):אז ווען א מענטש זעט
אז ער איז מתפלל און ער ווערט נישט געהאלפן ,זאל ער ווייטער מתפלל זיין ,ווי עס
שטייט אין פסוק (תהלים כז יד) 'קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה"יב.
-יג -
דורך די פרשה פון לוט באקומען מיר אלע השפעות טובות!
אתי ָפנֶּ ָ
יך ַ ּגם ַלדָּ ָבר ַה ֶּ ּזה וַ ּי ֶּ
ֹאמר ֵּאלָ יו ִּה ֵּּנה נָ ָש ִּ
לְּ ִּבלְּ ִּּתי ׇה ְּפ ִּּכי ֶּאת ָה ִּעיר ֲא ֶּשר דִּּ ַּב ְּר ָּת (יט ,כא)
[לוט האט געבעטן פון די מלאכים ,אז די שטאט 'צוער' זאל געראטעוועט
ווערן] און דער מלאך האט געזאגט פאר לוט" :איך האב אנגענומען דיין בקשה
אויך אויף דעם ענין ,נישט איבערצודרייען די שטאט וואס דו האסט געבעטן"
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע פרעגט ,אז לכאורה איז דאס ממש נישט צום פארשטיין,
מיר געפינען דאך פריער אין די סדרה ,אז אברהם אבינו האט מתפלל געווען צום
אויבערשטן באריכות אז די שטעט זאלן געראטעוועט ווערן ,און למעשה האבן זיינע
תפילות נישט גע'פועל'ט צו ראטעווען אפילו איין שטאט ,וויאזוי קען זיין אז דער
יב תפארת שלמה פ' וירא :א"י וילך ה' וגו' ואברהם שב למקומו .ר"ל אע"פ שהלך הקב"ה
ממנו ולא הועיל בתפלתו כלום על סדום .אעפ"כ אברהם שב למקומו להתפלל על בנ"י.
ואברהם עודנו עומד בתפלה על עמו בנ"י .וכן נכון לכל איש ישראל אע"פ שרואה שאין
תפלתו מועלת אע"פ כן אל ימנע מן הרחמים להעתיר אל ה' תמיד.
-כה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
גרויסער צדיק אברהם אבינו האט גארנישט געקענט אויס'פועל'ן מיט זיינע תפלות,
און ווידעראום לוט וואס איז געווען א פראסטער מענטש און א רשע ,האט יא געקענט
גרינגערהייט ,מיט אפאר ווערטער ,אויס'פועל'ן צו ראטעווען דער שטאט צוער?!
נאר מ'קען דאס פארשטיין לויט די ווערטער פונעם הייליגן אגרא דכלה זי"ע (פ' לך
מדרש תנחומא) ,אז ווען אידן זענען נישט ערליך ,און ס'קומט זיך זיי נישט קיין השפעות
טובות און חסדים ,דאן מאכט דער אויבערשטער א 'קל וחומר' פון די גויים ,וואס די
גויים האבן אלעס גוטס אויף דער וועלט ,כאטש זיי האבן נישט קיין שום זכות דערצו,
אויב אזוי איז דאך זיכער אז די הייליגע אידן דארפן באקומען אלע השפעות טובות,
אפילו זיי האבן נישט קיין זכותים ,און דורכדעם איז דער אויבערשטער משפיע אויף
כלל ישראל רחמים וחסדים.
לויט דעם קען מען זאגן ,אז דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס השי"ת האט
דא 'נושא פנים' געווען פאר לוט ,און געראטעוועט צוער דוקא דורך זיין בקשה ,און
נישט דורך אברהם אבינו .ווייל דורכדעם וועט ארויסקומען א גרויסע טובה פאר אידן
במשך אלע דורות ,ווייל מען וועט האבן א 'קל וחומר' ,אויב פאר אזא מענטש ווי לוט
האט השי"ת נושא פנים געווען ,דארף ער דאך זיכער נושא פנים זיין פאר די אידישע
קינדער[ .מיר געפינען טאקע אין מדרש פ' נשא (במדבר רבה יא ,ז) אז די ברכה פון 'ישא
ה' פניו אליך' קומט זיך אונז מכח א קל וחומר פון לוט].
קומט אויס אז דוקא דורך די 'נשיאות פנים' פאר לוט ווערט נשפע 'נשיאות פנים' פאר
אידן עד סוף כל הדורות ,אויב אבער דער אויבערשטער וואלט 'נושא פנים' געווען
פאר אברהם אבינו ,וואלט בכלל נישט געווען קיין קל וחומר .דערפאר האט דער
אויבערשטער צוגעפירט אז די תפילות פון אברהם אבינו זענען נישט אנגענומען
געווארן ,כדי עס זאל ארויסקומען פון דעם א טובה פאר אידן עד סוף כל הדורות.
-כו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-יד -
די מלאכים ליינען יעדע וואך שבת די פרשה פון
לוט ,כדי צו מעורר זיין רחמים אויף כלל ישראל!
צוֹ ַער וַ ֵּ ּי ֶּשב ָּב ָהר ּו ְּש ֵּּתי ְּבנ ָֹתיו ִּע ּמוֹ (יט ,ל)
וַ ַ ּי ַעל לוֹ ט ִּמ ּ
און לוט איז ארויפגעגאנגען פון צוער ,און זיך באזעצט אויפן בארג,
ער און זיינע צוויי טעכטער [און דעם גאנצן המשך הפרשה]
מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע ברענגט אן אינטערעסאנטע לשון המדרש (בראשית רבה
נא ,ט)' :אין כל שבת ושבת שאין קורין בו פרשתו של לוט' (אז יעדן שבת ליינט מען די
פרשה פון לוט) .דער יפה תואר איז מסביר ,אז כאטש היינט צוטאגס פירט מען זיך נישט
אזוי ,אבער אין די צייטן פון חז"ל האט מען זיך אזוי געפירט.
לכאורה איז שווער צו פארשטיין דעם מדרש ,ווייל אין מסכת בבא קמא (פב ).ווערט
דערמאנט די אלע 'קריאות' וואס משה רבינו און עזרא הסופר האבן מתקן געווען,
אויך דער רמב"ם אין הלכות תפלה (פרק י"ג) רעכנט אויס אלע מנהגים פון ליינען .און
אין קיין שום פלאץ ווערט נישט דערמאנט אזא זאך אז מען האט געליינט די פרשה
פון לוט .אויב איז טאקע אמת אז אין די צייטן פון חז"ל פלעגט מען דאס ליינען יעדן
שבת ,וואלט דאס זיכער געדארפט ווערן נאכגעברענגט אין די גמרא אדער אין די
פוסקים.
נאר דער מהרש"א זאגט אין מסכת מגילה (טז .ד"ה ומה) ,אז ווען עס איז דא ח"ו א
קטרוג אויבן אין הימל אויף כלל ישראל ,קומען די מלאכי רחמים און זיי הייבן אן צו
דערמאנען אלע זכותים פון די אידן ,און זיי זענען מלמד זכות אויף זיי מיט אלע אופנים,
-כז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
כדי דורכדעם מעורר זיין אויף זיי רחמים וחסדים ,און קיין שום מקטרג האט נישט קיין
כח זיי צו אפשטילן.
אום שבת קודש איז א זמן וואס איז ספעציעל מיוחד צו מעורר זיין רחמי שמים אויף
די גאולה שלימה ,ווייל חז"ל זאגן דאך (שבת קיח ,):אז די גאנצע גאולה איז געוואנדן
אין שמירת שבת ,ווי אויך איז דאך באוואוסט וואס דער זוה"ק זאגט (ח"ב דף פח ,).אז
אלע ברכות און השפעות פון די גאנצע וואך קומען דורך שבת ,קומט אויס אז שבת
קודש איז א צייט צו מעורר זיין די גאולה.
ממילא אין אזא צייט קומען צו גיין די מלאכי רחמים ,און זיי ווילן מעורר רחמים זיין
אויף אידן ,אז ס'קומט זיך זיי אלעס גוטס .און דער אופן וויאזוי זיי טוען דאס איז ,אז
זיי ליינען די פרשה פון לוט ,וואס מען זעט דארט וואסאפארא פראסטע מענטש לוט
איז געווען ,און דאך האט השי"ת 'נושא פנים' געווען פאר אים ,וואס דורכדעם איז
דא דא א קל וחומר אז פאר די הייליגע אידישע קינדער דארף השי"ת זיכער 'נושא
פנים' זיין אן קיין שום סיבה און זכות (ווי ערקלערט אינעם פריערדיגן שטיקל).
דאס איז די כוונה פון דעם אויבנדערמאנטן מדרש ,אז יעדן שבת ליינט מען די פרשה
פון לוט .דאס מיינט נישט אז דא אויף דער וועלט ליינט מען די פרשה פון לוט ,נאר
דאס גייט ארויף אויף די מלאכים ,וואס זיי ליינען די פרשה פון לוט אויבן אין הימל
יעדן שבת ,כדי צו מעורר זיין אויף אונז רחמי שמים דורך די 'קל וחומר' פון לוט ,וואס
דורכדעם ווערט נשפע אויף אידן אלע השפעות טובות ,אמן כן יהי רצוןיג.
יג דברי יואל פ' וירא (עמ' שצ"ט ולהלן -קטעים מדרוש ארוך) :ה) להלן בפ' וה' אמר המכסה אני
מאברהם אשר אני עושה פרש"י אשר אני עושה בסדום ,לא יפה לי לעשות דבר זה שלא
מדעתו וכו' ,חמשה כרכין הללו שלו הן ,שנא' גבול הכנעני מצדון וגו' בואכה סדומה ועמורה,
-כח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
קראתי אותו אב המון גוים ,ואשמיד את הבנים ולא אודיע לאב שהוא אוהבי עכ"ל .והנה
אחר כל החביבות והשבח לאאע"ה ,מצינו שהי' מתפלל לפניו ית' לבטל הגזירה ,ולפי ראות
העין לא הועילה תפילתו כלום ,כמו שפרש"י ז"ל שמתחילה בקש אולי יש חמשים צדיקים,
י' לכל כרך ,כי ה' מקומות היו בכלל הגזירה ,סדום ועמורה אדמה וצבוים וצוער ,ואח"כ בקש
על ארבעים וימלטו ד' כרכים וכו' ,ולבסוף בקש על י' להציל א' מהם ,ולא פעל כלום ,ואיך
יתכן שא"א אוהבו של הקב"ה וזכותו כ"כ גדול לא נתמלא בקשתו להציל אפילו א' מחמשה
עיירות ההן ,ולוט נתמלא בקשתו תיכף ,וא"ל המלאך הנה נשאתי פניך גם לדבר הזה לבלתי
הפכי את העיר ,ונמלטה צוער ע"י בקשתו ,הגם דמבואר בספרן של צדיקים דתפלתו של
א"א לא היתהלריק ח"ו ,ונשארה כוחה של תפלה זו הצלה לדורות ,ועיין בדברינו לעיל
הארכנו בזה ,אבל מ"מ לשעתו על ה' כרכים של סדום לא הועיל בתפלתו כלום ,ולכאורה
כיון שהי' מקום להיות הצלה לצוער ,למה לא נענה א"א בתפלתו על זה ,ואיך יתכן שלא
הועילה תפלתו של א"א להציל את צוער ,ונתקבלה בקשתו של לוט .ולכאורה אפ"ל דע"כ
לא היתה הצלה דצוער ע"י אברכם ,דא"א לא התפלל רק אולי יש עשרה צדיקים ,ועל פחות
לא ביקש כמ"ש רש"י ,ובצוער לא הי' צדיקים כלל ,ובאופן זה לא ביקש א"א על הצלתה,
אבל הא גופא קשיא כיון שהי' מוכן מן השמים הצלה לצוער ע"י נשיאות פנים דאין שייך
השתנות ושנוי רצון לפניו ית' ,וע"כ הי' מוכן הצלה זו בכח ,וא"כ למה לא נתן הקב"ה רצון
ודעת לא"א שיתפלל על הצלת צוער בדרך נשיאות פנים גם בלי צדיקים ,וראוי יותר שינתן
נשיאות פנים לאברהם ולא ללוט וכו' .י) במדרש רבה (פ' נ"א ס"ט) ר' תנחומא ב"ר חייא מש"ר
אושעיא תורגמנא אין כל שבת ושבת שאין קורין בה פרשתו של לוט ,מ"ט ובכל תושי' יתגלע,
פרש"י בכ"מ שהבריות דורשין יתגלה קלונו ,א"ר אחא יתגלעו אין כתיב כאן אלא יתגלע,
האנשים יתרחקו והנשים יתקרבו ,ופי' המ"כ כמו שדרשו ז"ל עמוני ולא עמונית ,וביפ"ת כתב
אע"פ שעכשיו אין המנהג כן ,מ"מ בימיהם נהגו כן לקרות בכל שבת ושבת פרשתו של לוט,
ואפשר לומר טעם למנהג זה ,לפי שהשבת הוא יום עונג של שמחה ומשתה ,ויש לחוש שמא
יבואו לידי שכרות יותר מדאי כשכרותו של לוט ,עד כי יבואו ח"ו לידי מכשול עבירה ,ולפיכך
תקנו אז לקרות בכל שבת ושבת פרשתו של לוט להורות לעם שהשכרות מביא לידי מכשול
ועון ,והשומר נפשו ירחק מזה וכו' ,עכת"ד היפ"ת ז"ל .אמנם קשה דתקנות הקריאה נזכרו
-כט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
בב"ק פ' מרובה (פ"ב) דמרע"ה תיקן להם לישראל שיהיו קורין בשבתות ויו"ט ובר"ח ובחש"מ,
ונזכר שם תקנת עזרא ,והרמב"ם ז"ל בפי"ג מה' תפלה הזכיר כל מנהגי קריאה ,ומנהג זה
שיהיו קורין פרשתו של לוט לא נזכר בשום מקום ,ואם איתא שהי' כן מנהג קדום ,איך לא
מצינו שום רמז מזה לא בגמרא ולא בפוסקים וכו' .ואפ"ל עוד באופן אחר עפימ"ש בסה"ק
אגרא דכלה פ' לך עמ"ש חז"ל ולישמעאל שמעתיך א"ר אבא מכאן למד ק"ו בן הגבירה מבן
האמה וכו' ,הנה ברכתי אותו והפרתי אותו ק"ו ואת בריתי אקים את יצחק ,ופי' הוא ז"ל
דצריך לכח הק"ו בזמן שאין ישראל עושין רצונו של מקום ח"ו ,ואינם ראוים מצר מעשיהם,
והקב"ה דן עפ"י דיני התורה ,ע"כ מגיע להם מדין ק"ו ,כי ק"ו דאורייתא הוא ,ואמרו חז"ל
דעכו"ם לא מפקדא בדינא ונותנים להם מן השמים בין ראוי ובין שאינו ראוי ,וע"כ אמרו
חז"ל הנה ברכתי אותו והפרתי אותו זה ישמעאל ומקבל השפעה וברכה אע"פ שאינו ראוי
ואין לו מעשים ,ק"ו ואת בריתי אקים את יצחק שמגיע לו מדין ק"ו עכת"ד .ועד"ז אפ"ל
נשיאות פנים האמור כאן ,שאמר לו המלאך ללוט הנה נשאתי פניך גם לדבר הזה להציל את
צוער ,ונצמח מזה טובה גדולה לישראל לדורות ,ומגיע גם להם נשיאות פנים מצר הדין בכח
ק"ו ,וכמ"ש במד"ר פ' נשא דברכת ישא ה' פניו אליך וישם לך שלו' מגיע לנו בכח ק"ו ,והוא
שאמרו ז"ל והרי דברים ק"ו אם ללוט נשאתי פנים לך לא אשא פנים וכו' .ואמרו ז"ל וישם
לך שלו' זה שלו' מלכות ב"ד ,והי' הכרח נשיאות פנים זו שממנה יוצמח שלו' מלכות בית
דוד ,ועד עת הגאולה אנו צריכים לנשיאות פנים ולשלו' ,וממדה זו של נשיאות פנים אנו
מקבלים השפעת טובה אף אם אין אנו ראויים עפ"י מעשינו ,ומעתה א"ש מה שלא היתה
הצלת צוער ע"י א"א ,שא"א לא התפלל על פחות מעשרה צדיקים ,ובקש רק באופן שיהיו
ראויים להצלה עפ"י הדין ,כי עשרה צדיקים מצילים על כל העיר כמ"ש בפרדר"א ,אבל צוער
לא הי' ראוי להנצל ,דלא הי' בה צדיקים ,והצלתו הי' ע"י נשיאות פנים וע"י לוט ,דעי"ז יהי'
כח הק"ו חזקה ,דאף בלי תפלת א"א נתמלא בקשתו של לוט מצד נשיאות פנים ,כ"ש
שיתקבל תפלת כל א' מישראל ,משא"כ אלו הי' הצלת צוער ע"י תפלת אברהם ובזכותו ,לא
הי' לנו כא הק"ו חזקה כ"כ .ועפ"י הנ"ל נבוא לפרש דברי המדרש שהבאנו לעיל אין כל שבת
ושבת שאין קורין בה פרשתו של לוט וכו' וצ"ב ,ונקדים עוד מ"ש חז"ל במס' מגילה (ט"ו)
בלילה ההוא נדדה שנת המלך ויאמר להביא את ספר הזכרונות וגו' ויהיו נקראים לפני המלך,
-ל-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
מלמד שנקראים מאליהם ,וימצא כתוב א"ר יצחק נפחא מלמד שהי' שמשי מוחק (פרש"י סופר
המלכים הי' והמהרש"א כתב בשם התרגום שהי' בנו של המן) וגבריאל כותב ,דרש ר' שילא ומה כתב שלמטה
שלזכותן של ישראל אינו נמחק ,כתב של מעלה עאכו"כ .ופי' המהרש"א ז"ל דמה כתב של
מטה ,בא גבריאל מלמעלה למטה וכותב ,שלא יהי' נמחק כתב שהוא לזכותן של ישראל,
כתב של מעלה וגבריאל שם לא כ"ש ,ע"כ .והנה מאמר הזה נחמה הוא לנו ,דמבואר כאן
דכשיש ח"ו קטרוג למעלה על כלל ישראל ,והצורך להזכיר זכותן של ישראל ,אז המלאכים
מזכירין זכותן של ישראל לעורר עליהם הצלה וישועה ,ויש עלי' ק"ו דמה כתב שלמטה נאמר
בה ויהיו נקראים לפני המלך ודרשו חז"ל מלמד שנקראים מאליהם לעורר זכותן ,ושמשי
מוחק וגבריאל כותב ,כתב שלמעלה עאכו"כ שנקראים למעלה להזכיר זכותן ואין בכח שום
מקטרג למחקו .והנה בשבת הוא זמן התעוררות הגאולה ,כמ"ש ז"ל אלמלא שמרו ישראל ב'
שבתות מיד נגאלין ,ובזוה"ק אמרו דהכוונה על שבת א' ,דלילו ויומו לשתים יחשבו ,עכ"פ
מבואר דהתנוצצות הגאולה תליא בשמירת שב"ק ,וכתב בנוע"מ פ' אמור דמזה תדון ותראה
כי לא נשמר עדיין שבת כהלכתו ע"י כלל ישראל או רובו ,וע"כ לא נגאלו כל זמנים הללו
עיי"ש .עכ"פ מבואר דבשבת הזמן גרמא לעורר גאולתינו ופדות נפשינו ,וגם איתא בזוה"ק
כל ברכאן דלעילא ותתא ביומא שביעאה תליין ,ולפי"ז צריך להתעוררות רחמי שמים בשבת
דבי' תליין כל ברכאן דלעילא ותתא ,והתנוצצות הגאולה תליא בי' ,והנה אמרו חז"ל במס'
(ע"ז ד ):דבג' ראשונות הקב"ה יושב ועוסק בתורה ,ולא ליצלי אינש צלותא דמוספי בריש
שתא בג' שעי קמייתא ,דאז הוא שעת דין ,דתוה"ק כתיב בה אמת וכו' ואין הקב"ה עושה
לפנים משורת הדין ,ואיתא בתנד"א אפילו א' שיושב ועוסק בתורה הקב"ה יושב ושונה
כנגדו ,ולפי"ז בקריאת התורה דרבים ,ודאי שהקב"ה יושב ושונה כנגדם ,וזה מעורר ח"ו דין
למעלה ,דבשעה שהקב"ה יושב ועוסק בתורה אינו עושה לפנים משורת הדין ,ובשבת אנו
צריכים להתעוררות רחמים לפנים משורת הדין ,ובדרך נשיאות פנים אף אם אין אנו ראוים
לפימעשינו ,ע"כ גילו חז"ל במדרש הנ"ל מסטורין דמלכא ,דאין כל שבת ושבת ,שאין קורין
פרשתו של לוט ,והכוונה שנקרא למעלה לעורר זכותן של ישראל ע"י כח הק"ו ,דאם ללוט
נשאתי פנים לך לא אשא פנים כדאיתא במדרש רבה פ' נשא הנ"ל ,וע"כ בשבת בשעת
קריאת התורה שהקב"ה יושב ושונה כנגדינו ואין עושה אז לפנים משוה"ד ,אז מזכירין למעלה
-לא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-טו -
אין דער שורש פון די בריאה איז נישטא קיין שום קטרוגים!
וַ ה' ּ ָפ ַקד ֶּאת ָש ָרה ַּכ ֲא ֶּשר ָא ָמר וַ ַ ּי ַעש ה' ְּל ָש ָרה ַּכ ֲא ֶּשר דִּּ ֵּּבר (כא ,א)
און דער אויבערשטער האט געדענקט שרה אזויווי ער האט געזאגט ,און דער אויבערשטער
האט געטון פאר שרה דאס וואס ער האט גערעדט [איר צו געבן א 'בן זכר']
דער הייליגער מאור ושמש זי"ע שטעלט זיך אויף דעם דאפלט לשון ,ווי אויך דארף
מען פארשטיין דעם אינטערעסאנטן לשון 'פקד' ,לכאורה וואלט מער געפאסט צו
שרייבן 'זכר'?
נאר דער ענין איז ,אז אין די אונטערשטע וועלטן וואו מיר געפינען זיך ,זענען דא
קטרוגים און דינים וואס קענען אפהאלטן השפעות פון מענטשן ,אבער דער שורש
פון אלע וועלטן ווערט אנגערופן 'עולם המחשבה' ,דארט איז נישט פארהאן קיין שום
דינים ,דארט קען קיינער נישט מקטרג זיין ,ווייל דארט איז לויטער חסדים.
פרשתו של לוט ומדריגתו השפלה ,ושהי' נפרד מחלק הקדושה לגמרי ,ואעפ"כ הי' לו נשיאות
פנים לפנים משוה"ד ,לנו עאכו"כ ,ורבותינו בעלי התוס' כתבו בפ' וילך עה"פ לקוח אח ספר
התורה הזה וגו' ,שירד גבריאל ונטל את התורה מידו של משה ,והעלה אותו לב"ד הגדול
שבשמים וכו' והצדיקים שבמרום קורין בו בשני ובחמישי ובשבתות ובראשי חדשים וימים
טובים ,ע"כ ,ולפי"ז אפשר שכוונת המדרש במה שאמרו דאין לך כל שבת שאין קורין פרשתו
של לוט ,הכוונה שקורין למעלה (לטובתן) לעורר זכותן של ישראל ,ואין צורך עוד בקריאתה
למטה ,כי למעלה הוא המקום הראוי לעורר זכותן של ישראל ,ואפשר שבשביל טרחא
דצבורא לא רצו חז"ל לקבוע קריאתה למטה ,כמ"ש ז"ל במס' ברכות בקשו לקבוע פ' בלק
בק"ש ,ומפני מה לא קבעוה מפני טרחא דציבורא.
-לב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
צוליב דעם זאגן חז"ל (ראש השנה י ,):אז שרה ,רחל און חנה זענען געהאלפן געווארן
מיט קינדער אום ראש השנה ,ווייל זיי זענען געווען עקרות ,בדרך הטבע איז נישט
מעגליך געווען אז זיי זאלן האבן קינדער ,און דער אויבערשטער האט געדארפט
איבערדרייען די טבע זיי צו העלפן ,דעריבער האט ער זיי געמוזט ארויפברענגען צו
דער 'עולם המחשבה' וואס דארט איז נישטא קיין שום קטרוג .און ס'איז באקאנט ,אז
ראש השנה שיינט און לייכט אט די 'עולם המחשבה' ,דאן איז דער צייט וואס די
'עולם' ווערט נתגלה ,דעריבער זענען זיי געהאלפן געווארן אום ראש השנה.
דאס איז די כוונה פון דעם פסוק" :וַ ה' ּ ָפ ַקד ֶּאת ָש ָרה ַּכ ֲא ֶּשר ָא ָמר" – און דער
אויבערשטער האט 'באהאלטן' שרה ("פקד" איז א לשון פון 'פקדון' ,באהאלטן) ,ער האט
איר פארשטעקט פון אלע מקטרגים ,אין דער הויכער 'עולם המחשבה' וואס דארט
איז נישטא קיין שום קטרוגים ,און דורכדעם האט ער ממשיך געווען אויף איר אן א
שיעור רחמים וחסדים ,און דורכדעם" :וַ ַ ּי ַעש ה' ְּל ָש ָרה ַּכ ֲא ֶּשר דִּּ ֵּּבר" – האט ער
אויסגעפירט זיינע ווערטער ,און זי האט געבוירן א קינדיד.
יד מאור ושמש :וה' פקד את שרה כאשר אמר ויעש ה' לשרה כאשר דבר .יש לדקדק על
הכפל הלשון גם על לשון פקד הל"ל זכר את שרה .והנראה לתרץ דהנה בגמ' אמרו בראש
השנה נפקדו שרה רחל וחנה להבין הדבר מפני מה דוקא בר"ה והענין הוא כך כי בעולמות
התחתונים יש קטרוג מסטרא דדינא כי עולמות התחתונים נתהוו בימין ושמאל כידוע אמנם
מציאת עולמות נתהוו מעולם המחשבה שנקרא הרת עולם שהיא אם כל העולמות כמו הרה
תקריב ללדת שממנה נתהוו כל העולמות ובעולם המחשבה שם אין אחיזה בסטרא דדינא
לקטרג שם כי אין שם ימין ושמאל וזהו שנאמר אצל רחל אסף אלקים את חרפתי ר"ל האסיף
אותה למקום שאין רואה ומקטרג ולזה כיון רש"י ז"ל הכניסה למקום שאין רואה כנ"ל לכך
שרה רחל וחנה שהיו עקרות והיה צריך הקב"ה לשדד להם המערכת היה צריך להביאם
לעולם המחשבה ששם אין קטרוג כלל וידוע שראש השנה נקרא הרת עולם שהוא מדריגת
-לג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-טז -
די פינטל פון אלע מצוות איז די השתוקקות צו מקיים זיין דעם רצון ה'!
ֹאמר ִּה ֶּּנ ִּּני ְּבנִּ י ַו ּי ֶּ
ֹאמר ִּה ֵּּנה ָה ֵּאש ְּו ָה ֵּע ִּצים ֹאמר ָא ִּבי וַ ּי ֶּ
ֹאמר יִּ ְּצ ָחק ֶּאל ַא ְּב ָר ָהם ָא ִּביו וַ ּי ֶּ
וַ ּי ֶּ
וְּ ַא ֵּ ּיה ַה ּ ֶּשה לְּ עֹלָ ה וַ ּי ֶּ
ֹאמר ַא ְּב ָר ָהם ֱאל ֹ ִּהים יִּ ְּר ֶּאה ּלוֹ ַה ּ ֶּשה ְּלע ָֹלה ְּּבנִּ י (כב ,ז-ח)
און יצחק האט געזאגט צו זיין טאטן אברהם [אויפן וועג צו די עקידה]" :אט איז דאס
פייער און די העלצער ,אבער וואו איז די שעפעלע פאר די עולה?" האט אברהם
געענטפערט" :דער אויבערשטער וועט שוין אויסוועלן פאר אים א שעפעלע ,מיין זון"
דער הייליגער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע שטעלט זיך אויף דעם אות ה' פון
"ה אש" ,לכאורה וואלט געדארפט שטיין "הנה אש" אן קיין ה' ,ווייל דער אות ה'
ווייזט אלעמאל אויף א באקאנטער ענין ,ווי מ'זאגט" :אט איז דער באקאנטער פייער",
און מען דארף פארשטיין ,פון וועלכער פייער רעדט מען דא?
ווי אויך דארף מען פארשטיין ,פארוואס האט אברהם געדארפט נעמען העלצער פון
זיין הויז און דאס שלעפן מיט זיך דריי טעג ,זענען דען נישט געווען קיין העלצער במשך
דעם גאנצן וועג? און פארוואס האט אויסגעפעלט צו צעשניידן די העלצער דא ,ער
וואלט דאך דאס געקענט טון אנקומענדיג דארט?
ווי אויך דארף מען פארשטיין דאס לשון "ואיה השה לעולה" ,דאס ווארט "השה"
זעט אויס איבריג ,עס וואלט געקענט שטיין בלויז "ואיה העולה"?
עולם המחשבה וע"כ נפקדו בראש השנה ר"ל שאז נתגלה עולם המחשבה כאמור וזהו וה'
פקד את שרה פקד מלשון פקדון וגניזה שהטמין אותה בעולם המחשבה ששם אין קטרוג
ומשם נמשך עליה הרחמים והחסד וע"כ ויעש ה' לשרה כאשר דבר ותהר ותלד כו' וק"ל.
-לד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
נאר ס'איז באקאנט ,אז דער אויבערשטער האט אונז באפוילן אסאך הייליגע מצוות,
און ס'איז א פשוט'ער יסוד ,אז דער גרויסער ,לעבעדיגער באשעפער דארף נישט
צוקומען צו אונזערע מצוות ,נאר ער האט כביכול א געוואלדיגער נחת רוח פון דעם
וואס מיר שטרענגען זיך אן מקיים צו זיין זיינע מצוות ,און אויסצופירן זיין רצון.
דער עיקר רצון ה' איז ,אז דער מענטש זאל האבן א פולשטענדיגער רצון צו טון
דעם רצון ה' מיטן גאנצן הארץ .דעריבער ,אויב א מענטש האט געוואלט טון א
געוויסע מצוה פארן אויבערשטן מיט זיין גאנצע הארץ און מיט אן אמת'ער רצון,
ווערט דאס פאררעכנט פארן אויבערשטן ,כאילו ער האט באמת געטון די מצוה,
וויבאלד זיין כוונה מיט זיין 'הארץ' איז געווען בשלימות ,און פארקערט ,אויב א
מענטש טוט א מצוה אן קיין כוונה ,קען דאס נישט ארויפגיין אויבן חס ושלום ,ווייל
דער עיקר איז ,די כוונה פון דעם הארץ.
מיט דעם אלעם טאר זיך אבער דער מענטש נישט פטר'ן בלויז מיט דעם 'רצון' אליין,
נאר ער מוז בפועל ממש אויספירן די מצוה ,ווייל א מענטש קען קיינמאל נישט זיין
הונדערט פראצענט זיכער ,אז זיין כוונה איז טאקע מיט א שלימות'דיגן רצון ווי
ס'דארף צו זיין ,און אפילו אויב ס'דאכט זיך אים ,אז ער האט א שלימות'דיגע כוונה,
טאר ער זיך אליינס נישט גלייבן ,ביז ער וועט למעשה אויספירן די מצוה ,ווייל די
נאטור פונעם גשמיות'דיגן גוף שטערט פון צו קענען טראכטן הייליגע מחשבות און
האבן א פולשטענדיגער רצון.
אויב איינער האט באמת נישט געקענט אויספירן א געוויסע מצוה ,ווערט דאס טאקע
פאררעכנט פארן אויבערשטן ,פונקט אזויווי ער וואלט דאס געטון (ברכות ו ,).ווייל
דער עיקר איז דאך דאס הארץ ,און דער אויבערשטער ווייסט וואס טוט זיך אין דעם
-לה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
הארץ פונעם מענטש ,ער ווייסט אז דער מענטש האט באמת געהאט א
שלימות'דיגער רצון ,דעריבער פאררעכנט ער דאס פאר אים כאילו ער האט דאס
געטון בפועל ,אנדערש ווי א מלך בשר ודם וואס קען נישט וויסן צי זיינע קנעכט
ווילן אים באמת דינען ,נאר אויב פירן זיי אויס זיינע באפעלן ,אבער דער
אויבערשטער ווייסט גענוי אלע מחשבות פון יעדן מענטש ,דעריבער ,אויב א מענטש
האט נישט געקענט אויספירן א מצוה ,פאררעכנט ער דאס ,כאילו ער וואלט דאס
געטון בפועל ממש.
דער סדר פון מענטשן איז ,אז ווען ס'קומט זיי ארויף אין געדאנק צו טון א געוויסע
מצוה ,דאן הייבן זייער מחשבות ָאן צו קאכן מיט א געוואלדיגע חשק ,יעדער לויט
זיין מדריגה ,און א גרויסער צדיק וואס ס'קומט אים ארויף אין געדאנק צו מקיים זיין
א מצוה ,איז זיכער אז לויט זיין גרויסע צדקות וועקט זיך אויף אין אים א געוואלדיגער
חשק און גלוסטעניש ,מיט א ברען און התלהבות ,און עס פלאקערט אין אים א
הייליג פייער צו אויספירן די מצוה מיט די גרעסטע שלימות .אבער דער סדר איז,
אז שפעטער ,ווען עס גייט אדורך אביסל צייט ,און עס געדויערט אביסל ביז מען
קען מקיים זיין די מצוה ,פאלט מען אראפ פון די געוואלדיגע השתוקקות וואס מען
האט געהאט אין אנהויב.
דאס האט אויך פאסירט מיט אברהם אבינו ,ווען דער אויבערשטער האט אים
געזאגט ,אז ער זאל מקריב זיין זיין זון פאר אן עולה ,האט זיין הארץ אנגעהויבן
ברענען און פלאקערן ווי א פלאם פייער ,אבער ער האט מורא געהאט ,אז ער וועט
אראפפאלן פון זיין גרויסע השתוקקות ,במשך דעם לאנגן וועג פון דריי טעג,
דעריבער האט ער תיכף גענומען העלצער און דאס גלייך צעשפאלטן כדי ער זאל
תיכף טון עפעס א מעשה מיט די גרויסע ,ברענענדיגע השתוקקות.
-לו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
דאס איז די כוונה פון דעם פסוק" :וַ ּי ֶּ
ֹאמר יִּ ְּצ ָחק ֶּאל ַא ְּב ָר ָהם ָא ִּביו" – יצחק האט
"ה ֵּּנה ָה ֵּאש" – איך זע ,אז דו האסט געהאט דעם
געפרעגט זיין טאטן אברהםִּ :
באקאנטן פייער ,דער פייער וואס פלאקערט אין די הערצער פון די צדיקים צו מקיים
זיין די מצוות ,און א ראיה דערצו ,אז דיין הארץ האט געברענט צום אויבערשטן:
"וְּ ָה ֵּע ִּצים" – אז דו האסט תיכף צעשפאלטן די העלצער ,כדי צו טון גלייך עפעס א
פעו לה וואס ווייזט אז דו ביסט גרייט צו מקריב זיין אן עולה ,און פאלגן דעם
אויבערשטן ,אויב אזוי" :וְּ ַא ֵּ ּיה ַה ּ ֶּשה ְּלע ָֹלה" – וואו איז די 'שעפעלע' פאר די עולה?
לכאורה איז דאך גענוג א שעפעלע ,און דו דארפסט מיר נישט שחט'ן בפועל ,ווייל
דער אויבערשטער זעט דאך שוין דיין גרויסער חשק און ברען ,און דאס איז דאך דער
"אל ֹ ִּהים יִּ ְּר ֶּאה ּלוֹ ַה ּ ֶּשה עיקר?! "וַ ּי ֶּ
ֹאמר ַא ְּב ָר ָהם" – האט אים אברהם געענטפערטֱ :
לְּ עֹלָ ה ְּּבנִּ י" – נאכדעם וואס דו וועסט זיין אן עולה ,און איך וועל בפועל ממש
אויספירן דעם רצון ה' ,דיר מקריב צו זיין ,דאן וועט זיין גענוג א שעפעלע ,ווייל נאר
נאכן מקיים זיין די מצוה ,וועט זיך ארויסווייזן מיט א קלארקייט ,אז איך האב געהאט
אמת'דיגע רצונותטו.
טו נועם אלימלך :או יאמר פירוש הפסוקים בדרך אחר .דלכאורה יש לדקדק בפסוק "ויאמר
יצחק כו' הנה האש והעצים" ,למה אמר בה' הידיעה ,היה לו לומר 'הנה אש ועצים' כו' .אך
נראה דהנה עוד יש להבין ,למה היה לו לאברהם ליקח עצים מביתו לשאת המשא זאת דרך
שלשת ימים ,וכי לא היה עצים בכל הדרך הזה? גם אם תאמר שהיה חושש פן ואולי לא יהיה
מצוי עצים בכל הדרך ,עכ"פ למה היה לו לבקע את העצים כאן ,היה לו לבקע במקום
שהעלהו לעולה? גם למה אמר יצחק "ואיה השה לעולה" ,היה לו לומר סתם 'ואיה עולה'?
אך הענין הוא ,דהנה הבורא ב"ה וב"ש יתעלה אשר קדשנו במצוותיו וציונו לקיים מצוותיו,
אין צורך לו יתברך עשיית מצוותיו ,רק שזה ריח ניחוח לפניו יתברך שאמר ונעשה רצונו,
שעיקר רצון הבורא יתברך הוא שיהיה לאדם רצון מלא ושלם לעשות רצונו יתברך ,ונמצא
'אחר כוונת הלב הן הן הדברים' ,אם כיוון לבו לעשות איזה מצוה לשמו יתברך ברצון מלא
-לז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
ושלם ,חשוב לפניו יתברך מיד כאילו כבר עשאה מאחר שכוונתו שלימה ,ואעפ"כ ההכרחי
לאדם לעשות ולגמור המצוה במעשה ,כי זה בלתי אפשרי לאדם שיעמוד על כוונתו בבירור
שיהא בכוונה שלימה ברצון מלא ,גם אם ידמה לו לאדם שכוונתו כוונה שלימה לעשות
המצוה לשמו יתברך ,לא יאמין לעצמו עד שיגמור המצוה ,כי כן טבע חומר גוף האדם למנעו
מלחשוב מחשבות ברצון מלא ושלם .ובאמת אמרו חז"ל "חשב לעשות מצוה ונאנס ולא
עשאה מעלה עליו הכתוב כאילו עשאה" ,והטעם הוא כדברינו הנ"ל ,שעיקר הוא כוונת הלב,
והבורא ב"ה הבוחן לבבות וחוקר כליות יודע מחשבות זה האדם שהיה כוונתו לשמו ברצון
שלם ,לכן חושב לו כאילו עשאה .בשלמא מלך בשר ודם הרוצה לבחון את עבדיו ומצוה להם
איזה עבודה לעשות אם יעשה בשלימות ,לא יבחון את לבבם אם כוונתם שלימה לעבדו
באמת וברצון ,רק אחר שיעשו ויקיימו את מצות עבודתו אשר צוה עליהם ,יראה לפי המעשה
אשר עשו ויבחון קצת כוונתם ,אבל הבורא יתעלה ,החופש כל חדרי בטן ובוחן כליות ולב,
יודע תוכן כוונתו ,אם היא שלימה אזי חשוב לפניו יתברך כאילו עשאה ,וכן להיפך ,אם יעשה
אדם מצוה במעשה ולא יכוין לבו לעשות בדחילו ורחימו ,לא פרחת לעילא .והנה מדרך בני
אדם כשיעלה על מחשבתם לעשות איזה מצוה ,אזי תחילת המחשבה הוא בחשק גדול כל
אחד לפי מדריגתו ,והצדיק גמור אשר יעלה מחשבתו ורצונו לעשות מצוה ,הוא ג"כ לפי גודל
צדקתו כן גודל חשקו והשתוקקותו בחמימות ,והתלהבות אש ה' תבער בו לעשות המצוה
בתוכן השלימות .וזה היה כוונת אברהם אבינו ע"ה כאשר אמר לו השי"ת "קח את בנך כו'
והעלהו לעולה" ,היה מתחיל לבו לבעור כגחלת אש ושלהבת ,אך אחר המשכה ועכבה
שיתמהמה האדם לעשות המצוה ולגומרה במעשה ,נופל האדם מתשוקתו הגדולה שהיה לו
מתחילה בעלותו על מחשבתו ,ומזה היה מתירא אברהם שיפול מתשוקתו הגדולה הזאת
הבוער בלבו בהתמהמה בדרך שלשה ימים ,לכן מיד "ויבקע עצי עולה" ,כדי שיהיה המעשה
מיד ג"כ בשלהבת הגדול הזה ,וזהו ג"כ שאמר לו יצחק "הנה האש" בה"א הידיעה ,כלומר
מאחר שראיתי שהיה לך האש הגדול הזה הידוע כדרך הצדיקים ,והראיה שאש ה' בער בך,
דהנה "והעצים" ,דאני ראיתי בבקיעת העצים שבקעת מיד לכוונה זאת שתעשה מעשה מיד
כאילו נכון לפניך להעלות עולה מיד ,וזהו 'והעצים' בה"א הידיעה" ,ואיה השה לעולה" ,ר"ל
למה לך לקחת אותי לעולה ,די היה בשה" ,ויאמר לו אברהם אלהים יראה לו השה לעולה
בני" ,ר"ל אז יראה השה ,כאשר תעשה גם אתה מעשה רב שתהיה לעולה.
-לח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-יז -
אפילו דו ביסט שוין אינעם נעץ פונעם יצר הרע ,קענסטו נאך שיינען און לייכטן!
ַו ַ ּי ְּרא וְּ ִּה ֵּּנה ַאיִּ ל ַא ַחר נֶּ ֱא ַחז ַּב ְּּס ַב ְּך ְּּב ַק ְּרנָ יו (כב יג)
און נאכדעם וואס דער מלאך האט געזאגט פאר אברהם אבינו ,אז ער זאל נישט שחט'ן
יצחק ,האט ער געזען א ווידער ,וואס זיינע הערנער זענען פארהאנקערט צווישן די צווייגן
דער הייליגער חוזה פון לובלין זי"ע האט געטייטשט ,אז דער פסוק איז דא מרמז די
געוואלדיגע חשיבות פון א מענטש ,וואס אפילו דער יצר הרע האט אים שוין ליידער
אראפגעווארפן און אים פארכאפט און זיין נעץ ,דאך איז ער זיך נישט מייאש ,נאר ער
שטארק זיך און שרייט צום באשעפער אז ער זאל אים ראטעווען ,און ער טוט תשובה.
דער פסוק איז אונז מגלה ,אז די עבודה פון אזא איד ,האט פונקט אזא חשיבות ביים
השי"ת ווי די 'עקידה'.
דאס זאגט דער פסוק 'והנה איל אחר' -עס איז פארהאן נאך א סארט 'עקידה' ,דאס
איז 'נאחז בסבך' -א איד וואס איז ליידער פארכאפט ביים יצר הרע אין די האנט.
אויב שטארקט ער זיך און ער לאזט נישט נאך ,נאר כסדר בענקט ער און ער בעט זיך
צו באשעפער ער זאל זוכה זיין ארויסצוגיין פון זיין נידריגע מצב ,און ער שלאגט זיך
מיטן יצר הרע לויט זיינע מעגליכקייטן ,וועט ער צום סוף זוכה זיין 'בקרניו' ,אז די
ליכטיגקייט פון השי"ת וועט שיינען אויף אים ('קרן' איז א לשון פון 'לייכטן') ,און ער וועט
זוכה זיין זיך אויפצוהייבן פון זיין נפילה ,און ווערן א צדיקטז.
טז אור לשמים פ' תצוה (ד"ה ולקחת) :דהנה שמעתי מכאדמו"ר מוהרי"י זצלה"ה שפירש הפסוק
(בראשית כב ,יג) והנה איל אחר נאחז בסבך בקרניו ,דהיינו שיש עוד בחינת איל ,נאחז בסבך ,מי
-לט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-יח -
וויאזוי וועט מיין תשובה אנקומען ביזן כסא הכבוד!
ַו ֵּּת ֶּלד ַ ּגם ִּהוא ֶּאת ֶּט ַבח ְּו ֶּאת ַ ּג ַחם ְּו ֶּאת ַּת ַחש ְּו ֶּאת ַמ ֲע ָכה (כב ,כד)
און זי האט געבוירן טבח ,גחם ,תחש ,און מעכה
הרה"ק רבי פנחס קאריצער זי"ע האט געזאגט ,אז אין די ווערטער 'ואת מעכה' איז
אונז די תורה מרמז אז דער ריכטיגער וועג פון תשובה איז ,אז דער מענטש זאל זיך
כסדר מתוודה זיין פאר השי"ת ,און אפילו ער האט שוין תשובה געטון אויף זיין זינד,
זאל ער נישט אויפהערן זיך צו מתוודה זיין אויף דעם .אזויווי עס איז באקאנט אז דער
זוהר הקדוש שרייבט (זע פר' ויקרא ,כ ,).אז ווען א איד איז זיך כסדר מתוודה אויף זיינע
זינד ,ווערן אלע דינים וואס זענען שורה אויף אים בטל ומבוטל ,און נאכמער ,די דינים
ווערן נמתק און ווערן איבערגעדרייט אויף רחמים וחסדים.
דאס איז מרומז אין די ראשי תיבות פון 'ואת מעכה' ,ו'ידוי א'חר ת'שובה מ'געת ע'ד
כ'סא ה'כבוד ,אז ווען א מענטש איז זיך כסדר מתוודה אויף זיינע זינד ,אפילו נאכדעם
שהיה ניתפס ומסובך בעצת יצר הרע ואח"כ מתחיל לצעוק ומתחרט ועושה תשובה ,בקרניו,
זוכה להופעת אור ,לשון קרן אור עכ"ד.
ובספר זכרון שמואל (פ' וירא) :שמעתי מאדמו"ר הרב מלובלין על הפסוק והנה איל אחר נאחז
בסבך ,והנה איל אחר שיש עבודה אחרת ,היינו שאדם נאחז ח"ו בסבך היצה"ר ,והאדם
מתגבר עליו ע"י המלחמה שילחם עמו ,ועי"ז בקרניו יצפה שירום קרנו וכו' .שמעתי מאדמו"ר
הקדוש אבד"ק אפטא שאמר בשם רבינו מלובלין פירוש הפסוק הנזכר לעיל ששמעתי בעצמי,
והנה אחר אחר נאחז בסבך בקרניו ,שהראה לו עוד עקידה ,כשאיש אחד מישראל נאחז
בסבך ,שהוא מסובך ביצר הרע ,יעשה מלחמה בלבו ובמוחו בכל יום להתגבר ,זהו גם עקידה,
ופירוש בקרניו שהוא מאיר לפני ה'.
-מ-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
וואס ער האט שוין תשובה געטון דערויף ,דאן ווערט זיין תשובה אנגענומען בתכלית
השלימות ,און עס דערגרייכט ביזן כסא הכבודיז.
-יט -
זיך עקשנ'ען אנצוגיין מיט עבודת ה' טראץ אלע שטערונגען!
די גמרא זאגט (בבא בתרא מז ,):אז אויף די האלז פון אברהם אבינו האט געהאנגען
א שיינע בריליאנט וואס יעדער וואס האט דאס אנגעקוקט איז געווארן
אויסגעהיילט ,און ווען ער איז נסתלק געווארן ,האט דאס דער אויבערשטער
אנגעהאנגען אויף די זון.
דער הייליגער ישמח משה זי"ע זאגט :ס'איז באקאנט ,אז די זון האט צוויי גענג וויאזוי
זי גייט ארום די וועלט .זי אליין גייט פון מערב צו מזרח ,אבער זי איז אריינגעזעצט אין
ראד פון אלע מזלות וואס שלעפן איר פון מזרח צו מערב ,דעריבער דרייט זי זיך
א ָ
יעדן טאג ארום די וועלט פון מזרח צו מערב .אבער וויבאלד זי אליין גייט אויף די
פארקערטע ריכטונג ,פון מערב צו מזרח ,דעריבער ווערט זי יעדן טאג אוועקגערוקט
אביסעלע מער צו מערב ,ביז נאך 365טעג ענדיגט זי ארומגיין א גאנצע ראד פון
מערב צו מזרח.
יז ליקוטי אמרי פנחס ,פ' וירא אות ה' :ואת מעכה ,הנה רמז רמזה לנו תורתינו הקדושה
איך הוא הנתיב הישר בדרכי התשובה ,והוא רבות הווידוים .וכידוע מזוה"ק (עיין ח"ג כ ,א) גודל
שבח המרבה להתתוודות עד שדינין בטילין ומבוטלין ממנו ואדרבה נמתקין בהמתקה
ולרחמים נתהפכו כידוע .וזהו שאמר "ואת מעכה" היינו ר"ת ויידוי א'חר ת'שובה מ'געת ע'ד
כ'סא ה'כבוד ,והבן.
-מא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
מען דארף ארויסנעמען פון דעם א געוואלדיגער מוסר השכל אויף עבודת ה' ,אז
כאטש וואס א מענטש האט אסאך שוועריגקייטן נאכצולאזן פון עבודת ה' ,מוז ער
זיך אבער שטארקן אויף אלעם און ווייטער פרובירן אנצוגיין מיט זיין עבודה ,און
אזוי וועט ער אנקומען צום סוף ,פונקט ווי די זון לאזט נישט אפ איר גאנג קיין איין
טאג ,און נאר אזוי דערגרייכט זי איר גאנג צום סוף.
ס'איז באקאנט ,אז אברהם אבינו האט קיינמאל נישט געהאט קיין מנוחה פון פילע
שוועריגקייטן ,און מיט דעם אלעם האט ער קיין רגע נישט אפגעלאזט דעם
אויבערשטן ,נאר געדינט דעם אויבערשטן אן אויפהער אין אלע מצבים ,און ער
האט דאס אויך אויסגעלערנט פאר אלע זיינע מענטשן ,נישט צו קוקן אויף קיין
שום שוועריגקייט וואס שטערט פון עבודת ה' ,נאר אנגיין וויפיל מ'קען ,טראץ
אלע מניעות.
דאס איז די כוונה פון דעם מאמר חז"ל ,אז ס'איז געווען א ליכטיגע בריליאנט אויף
די האלז פון אברהם אבינו ,דאס איז מרמז ,אז אברהם אבינו האט אויסגעשריגן
דעם יסוד מיט זיין האלז פאר זיינע אלע מענטשן ,און יעדער וואס האט אנגענומען
זיינע ווערטער נישט צו ווערן פארלוירן פון אלע שטערנגען ,איז געווארן
אויסגעהיילט פון אלע זיינע קרענק ,דאס מיינט ,פון אלע שוועריגקייטן וואס פרובירן
צו אפהאלטן פון עבודת ה' ,ווייל אויב לעבט מען מיט דעם יסוד קען מען אלעס
דורכברעכן ,און ווען אברהם אבינו איז נפטר געווארן ,האט דאס דער אויבערשטער
אויפגעהאנגען אויף די זון ,ווייל מיר קענען זיך אפלערנען דעם ענין פון די זוןיח.
יח ישמח משה :והיוצא לנו מזה כי השמש יש לה מנגד למהלכה הטבעי שמכריחה
לההיפך שס"ה פעמים קודם הליכתה פעם אחת ,אף על פי כן איננה מניחה את שלה
-מב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
הפטורת וירא
-כ-
א שמועס צווישן דעם אויבערשטן און די נשמה
ישי ֵּמת ישע ֵּלאמֹר ַע ְּבדְּּ ָך ִּא ִּ
יאים ָצ ֲע ָקה ֶּאל ֱא ִּל ָ וְּ ִּא ּ ָשה ַא ַחת ִּמ ְּּנ ֵּשי ְּבנֵּ י ַה ְּּנ ִּב ִּ
ְּו ַא ָּתה יָ ַד ְּע ָּת ִּּכי ַע ְּבדְּּ ָך ָהיָ ה יָ ֵּרא ֶּאת ה' ְּו ַה ּנ ֶֹּשה ָּבא ָל ַק ַחת ֶּאת ְּשנֵּ י יְּ ָל ַדי לוֹ
ישע ָמה ֶּא ֱע ֶּשה ָּל ְּך ַה ִּ ּג ִּידי ִּלי ַמה ֶּ ּיש [לָ ְּך] (לכי)
יה ֱאלִּ ָ לַ ֲע ָב ִּדים וַ ּי ֶּ
ֹאמר ֵּאלֶּ ָ
ֹאמר ֵּאין ְּל ִּש ְּפ ָח ְּת ָך כֹל ַּב ַּביִּ ת ִּּכי ִּאם ָאס ּו ְּך ָש ֶּמן ַו ּי ֶּ
ֹאמר ְּל ִּכי ַש ֲא ִּלי ַּב ָּביִּ ת וַ ּת ֶּ
יטי ָל ְּך ֵּּכלִּ ים ִּמן ַהח ּוץ ֵּמ ֵּאת ׇּכל [ ְּש ֵּכנָ יִּ ְּך] (שכנכי) ֵּּכ ִּלים ֵּר ִּקים ַאל ַּת ְּמ ִּע ִּ
ּו ָבאת ְּו ָסגַ ְּר ְּּת ַהדֶּּ ֶּלת ַּב ֲע ֵּד ְּך ּו ְּב ַעד ָּבנַ יִּ ְּך וְּ יָ ַצ ְּק ְּּת ַעל ׇּכל ַה ֵּּכ ִּלים ָה ֵּא ֶּּלה ְּו ַה ָּמ ֵּלא
אף רגע אחד והולכת לאט עד שתגמור הליכתה ,והוא מוסר גדול ויסוד גדול בעבודת
השי"ת ,כי סבת כל חולי הנפש הוא על ידי סבת המונעים ושערי תירוצים לא ננעלו.
וזה אצלי ביאור אמרם (נדרים ח' ע"ב) לעתיד לבוא הקב"ה מוציא חמה מנרתקה הצדיקים
מתעדנים בה ,כי הם המתנהגים בבחינותיה ואינם שמים עיניהם אל התנועות המעכבות
והעיכובים ,והרשעים שיש להם תירוצים מכח המניעות והעכובים ,נידונים בה כי היא
מחייבתן ,והבן .וז"ש ואוהביו כצאת השמש בגבורתו ,ירצה שהם עושים כמעשה השמש
כאמור .וזו לדעתי פירוש אמרם (ב"ב ט"ז ע"ב) מרגליות טובה היתה בצוארו של אברהם
אבינו ע"ה וכו' .כי ידוע שממש לא היה לו מנוח מההרפתקאות ,ואף על פי כן לא
עזב את שלו ועבד את בוראו ב"ה ,ואת זה היה מלמד להועיל לבני דורו לבלי השגיח
על המניעות והעיכובים בעסק עבודת השי"ת .וזהו המרגליות הטובה שהיתה תלויה
בצוארו ,שהודיע זאת ונתן קולו לפני חילו ,וכל חולה ר"ל חולי הנפש שהיה רוצה
לעבוד השי"ת ,אלא שהיה נראה לו שיש לו מונעים ומעכבים ,הרואה אותו מיד נתרפא,
וכשנפטר תלאה הקב"ה בגלגל חמה ,פירוש שנוכל ללמוד דבר זה מן החמה ,והבן.
-מג -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
יעיַ ...ו ָּתבֹא ַו ַּת ֵּ ּגד לְּ ִּאיש ָה ֱאל ֹ ִּהים ַו ּי ֶּ
ֹאמר ְּל ִּכי ִּמ ְּכ ִּרי ֶּאת ַה ּ ֶּש ֶּמן ְּו ַש ְּּל ִּמי ַּת ִּּס ִּ
ֶּאת [נִּ ְּשיֵּ ְּך] (נשיכי) ְּו ַא ְּּת (בניכי) [ ּו ָבנַ יִּ ְּך] ִּּת ְּחיִּ י ַּבנּ וֹ ָתר (מלכים-ב ד ,א-ז)
און ס'איז געווען א פרוי ,פון די פרויען פון איינער פון די נביאים ,וואס זי האט געשריגן
צו אלישע" :מיין מאן איז אוועק ,און דו ווייסט דאך אז מיין מאן איז געווען א ירא שמים,
און דער איינמאנער קומט צו נעמען מיינע צוויי קינדער אז זיי זאלן זיין קנעכט פאר אים
[ווייל כ'האב אים נישט צו באצאלן די חובות] .האט אלישע איר געזאגט" :וואס קען איך
טון פאר דיר? זאג מיר ,וואס האסטו יא אינדערהיים?" ,האט זי געזאגט" :איך האב
בארג כלים פון
גארנישט אינדערהיים ,אויסער אביסל אויל" .האט אלישע געזאגט" :גייָ ,
דרויסן ,פון אלע דיינע שכנים ,פארמינער נישט קיין ליידיגע כלים ,און דו זאלסט
אהיימקומען און פארשליסן די טיר אויף דיר און דיינע קינדער ,און דו זאלסט אנגיסן אין
די אלע כלים ,און די פילע כלים זאלסטו אוועקטראגן"[ ...נאך וואס די פרוי האט אזוי
געטון ,האט איר אלישע געזאגט" ]:גיי פארקויף די אויל ,און מיט די געלט זאלסטו
באצאלן אלע דיינע חובות ,און דו מיט דיינע קינדער וועלן לעבן מיט די איבריגע געלט"
ווען איינער פון די חסידים פונעם הייליגן בעל התניא זי"ע איז אריין צו אים אויף
'יחידות' ,האט דער בעל התניא געזאגט" :פונקט ווי ביי 'יחידות' שרייט דער מענטש
אויף זיין ווייטקייט פונעם אויבערשטן ,פיל מער פון דעם שרייט די נשמה מיט הויכע
קולות צום אויבערשטן יעדע נאכט בשעת זי גייט ארויף אויבן אין הימל" .דערמיט
האט ער געטייטשט די פסוקים פון די הפטורה ווי פאלגענד:
'ואשה אחת' דאס גייט ארויף די נשמה פון א מענטש' ,מנשי בני הנביאים' די
נשמה ווערט אזוי אנגערופן ,ווייל ווען זי איז געווען אין גן עדן בעולם העליון ,איז
זי משיג גרויסע געטליכע השגות ,פונקט ווי א נביא איז משיג אויף דער וועלט.
'צעקה אל אלישע לאמר' די נשמה שרייט צום אויבערשטן (נוטריקון אלי-שע)' ,עבדך
-מד -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
אישי מת' דאס הייליג פייער (נוטריקון אש-י) וואס איך האב געברענט צום
אויבערשטן באהבה ויראה איז ליידער גענצליך אפגעשטארבן ,איך האב ליידער
נישט קיין שום אהבה ויראה צו השי"ת ,אפילו יראת העונש אויך נישט' .ואתה
ידעת' און דו באשעפער ווייסט דאך' ,כי עבדך היה ירא את ה" ,אז בשעת איך
בין געווען אין גן עדן האב איך געהאט אהבה ויראה צום איינציגן באשעפער ,אבער
יעצט וויבאלד איך בין אריין אין א גוף 'והנושה בא לקחת את שני ילדי לו
לעבדים' ,קומט דער יצר הרע און ער וויל מיר אוועקנעמען מיין אהבה ויראה (וואס
פארגעשטעלט ווי א זון און א טאכטער) ,אז אנשטאט צו ליב האבן דעם אויבערשטן
ווערט ָ
און מורא האבן פון אים ,זאל איך דינען דעם יצר מיט אהבות ותאוות רעות און
אין יראות חיצוניות.
'ויאמר אליה אלישע' ענטפערט השי"ת פאר די נשמה' ,מה אעשה לך' וואס קען
איך דיר שוין העלפן ,נאכדעם וואס דו ביזט שוין ליידער אזוי שטארק פארזינקען
בעמקי הקליפות' ,הגידי לי מה יש לכי בבית' ,זאג מיר נאר ,וועלכע הייליגע כוחות
זענען דיר נאך געבליבן וואס דער יצה"ר האט נישט אויף דעם קיין שום שליטה.
'ותאמר' ענטפערט די נשמה פאר השי"ת' ,אין לשפחתך כל בבית' ,ליידער איז
מיר גארנישט איבערגעבליבן ,און אלעס האט דער יצר הרע פארכאפט' ,כי אם
אסוך שמן' ,עס איז מיר נאר געבליבן איין זאך וואס איז גענצליך ריין ,דאס איז די
פנימיות'דיגע פינטל וואס איז באהאלטן טיף אין הארצן.
'ויאמר' האט השי"ת געזאגט פאר די נשמה' ,לכי שאלי כלים מן החוץ' גיי און
פארגעשטעלט ווי 'כלים' און קליידער
זיי עוסק בתורה ובמצות ,וואס דאס ווערט ָ
פאר די נשמה' ,כלים ריקים אל תמעיטי' כאטש דיין תורה ומצוות זענען ליידיג
פון אהבה ויראה ,דאך זאלסטו זיך נישט אפהאלטן פון עוסק זיין דערין' .ובאת
-מה -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
וסגרת הדלת בעדך ובעד בניך' ,דו זאלסט גיין און צוזאמנעמען דיין אהבה ויראה
וואס זענען אריינגעפאלן אין די קליפות' ,ויצקת על כל הכלים האלה' ,און דו
זאלסט גיסן די אהבה ויראה אויף די תורה ומצוות וואס דו האסט געטון אן אהבה
ויראה ,און אזוי וועסטו דאס צוריקברענגען צו השי"ת.
אויב וועסטו אזוי טון ,דעמאלטס 'ואת ובניך תחיי בנותר' ,וועט מקוים ווערן ביי
דיר דעם 'כיתרון האור מתוך החושך' ,אז דו וועסט זוכה זיין צו פיל א גרעסערע
ליכטיגקייט ,דווקא וויבאלד דו קומסט פון אזא חושך ,אזויווי חז"ל זאגן (ברכות לד,):
אז בעלי תשובה זענען גרעסער פון צדיקים גמוריםיט.
יט ספר מאה שערים ,אמרי קודש אות י"ג (ועיי"ש באות י"ב) :ואשה אחת מנשי בני הנביאים
צעקה אל אלישע כו' עד ואת ובניך תחיי בנותר כו' .ואשה דא נשמתא דאתקריאת בת
כהן ברתא דאע"ה דאתייחדא בא"ס הפשוט שהיא חלק אלוה ממעל .מנשי בני הנביאים
נק' כן שכשהיתה בג"ע היתה משגת השגות רבות ונכבדות בגילוי אלקותו המתלבש
בתוך העולמות להחיותם כמו שהנביא משיג בעוה"ז .צעקה הגוף אל אלישע אל הקב"ה
אלישע לאמר עבדך אישי מת ר"ל אישי אש יו"ד הרשפי אש שהי' לי להקב"ה באהוי"ר
מת ממני שאין לי שום אה' לה' ויראה מפני ה' אפי' יראת העונש .ואתה ידעת כי עבדך
הי' ירא את ה' שכשהייתי בג"ע הי' לי אהוי"ר לה' אחד כשאר כל הנשמות .רק עתה
מצד התלבשות בגוף הנה הנושה בא לקחת את שני ילדיי לו לעבדים דהיינו שהיצה"ר
רוצה ליקח אהוי"ר שלי הנק' בן ובת אשר לה' המה והוא רוצה לקחת אותם לעבודתו
בתאוות רעות וביראה חיצוני' כו' .ויאמר לה אלישע הוא הקב"ה מה אעשה לך אחר
שנטבעת כ"כ בעמקי הקליפות הגידי נא לי מה יש לכי בבית איזו כחות נשארו לך
שעדיין הם קדש לה' ואין בהם שליטה להיצה"ר .ותאמר פי' הנשמה משיבה אין לשפחתך
כל כי את הכל לקח ממני כ"א אסוך שמן פי' שמן הוא חכ' והיינו שלא נשאר לי כ"א
נקודת חכ"ע דהיינו נקודת פנימי' הלב באתכסי' .ויאמר לה אלישע שהוא הקב"ה לכי
-מו -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-כא -
טראכט נישט נאר פון 'זיך'!!
יִּ ְּש ֹ ְּמח ּו ְּב ַמ ְּלכ ּו ְּת ָך שוֹ ְּמ ֵּרי ַש ָּבתֻּ ...כ ָּלם יִּ ְּש ֹ ְּּבע ּו וְּ יִּ ְּת ַע ְּּנג ּו ִּמ ּט ּו ֶּב ָך (שמונה עשרה)
די וואס היטן שבת זאלן זיך פרייען מיט דיין 'מלכות' ,אלע
זאלן ווערן אנגעזעטיגט און באקומען תענוגים פון דיין גוטס
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע ערקלערט :עס איז באקאנט אז השי"ת איז א 'חפץ
חסד' (מיכה ז יח) ,ער וויל טון נאר גוטס מיט זיינע ברואים ,און די גרעסטע שמחה -
כביכול -ביי השי"ת איז ,ווען ער קען משפיע זיין רחמים וחסדים און ישועות אויף
אידישע קינדער .און פארקערט ,ווען אידן זענען ח"ו בצער ובצרה ,איז דאס כביכול
אויך א צער פאר השי"ת ,אזויווי עס שטייט (ישעיה ט כז) 'בכל צרתם לו צר'.
ממילא ,ווען א מענטש איז זוכה צו א הרחבה און א הרווחה ,אדער צו סיי וועלכע
ישועה עס זאל נאר זיין ,פאסט נישט אז ער זאל דעמאלטס נאר טראכטן פון 'זיך' ,אז
ער זאל זיך פרייען מיט די גוטע זאך וואס 'ער' האט יעצט באקומען ,נאר ער דארף
זיך בעיקר פרייען מיט די שמחה פון השי"ת ,וואס השי"ת פריידט זיך מיט דעם וואס
ער האט געקענט משפיע זיין אט די דאזיגע גוטע זאך פארן מענטש.
שאלי כלים מהחוץ כלים רקים אל תמעיטי לך עסוק בתומ"צ שהם לבושי הנשמה אע"פ
שהם רקים עדיין שתעשה אותם בלא אהוי"ר כו' .ובאת וסגרת הדלת בעדך ובעד בניך
כו' פי' שתלך ותאסוף כחותך דהיינו אהוי"ר המפוזרים בין הקליפות ושוב אותם לה'.
ויצקת על כל הכלים האלה דהיינו על התומ"צ שעשית בלא אהוי"ר ושוב אותם לה'
כו' .ואם תעשה כן אז את ובניך תחיי בנותר כיתרון אור הבא מתוך החשך שהוא גדול
מאד כמארז"ל במקום שבע"ת עומדים כו' אכי"ר.
-מז -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
דאס איז פשט אינעם נוסח התפלה' ,ישמחו במלכותך שומרי שבת' ,עס איז
באקאנט (בשם הזוה"ק) אז די צדיקים ווערן אנגערופן מיטן נאמען 'שבת' ,דאס מיינט
צו זאגן ,אז ווען עס קומט א גוטע זאך אויף אז די צדיקים און די ערליכע אידן ,פרייען
זיי זיך בעיקר נאר 'במלכותך' ,מיט די שמחה פון השי"ת ,זיי טראכטן בכלל נישט פון
זיך ,נאר 'כולם ישבעו ויתענגו' ,זייער גאנצע תענוג איז נאר 'מטובך' ,אז ס'איז כביכול
גוט געווארן פאר השי"ת ,דורכדעם וואס ער האט משפיע געווען גוטס פאר זיינע
ברואים.
דאס איז אויך פשט אין דעם פסוק אין תהלים (סח ד) 'וצדיקים ישמחו ויעלצו לפני
אלקים' ,אז די גאנצע שמחה פון די צדיקים ,איז נאר די שמחה פון השי"ת ,און
דעריבער 'וישישו בשמחה' -אז די דאזיגע שמחה ברענגט זיי כסדר מער און מער
שמחה ,וויבאלד זיי פרייען זיך מיט די געוואלדיגע זכיה וואס זיי האבן זיך צו פרייען
מיט די שמחה פון השי"תכ.
כ תפארת שלמה פ' וירא :ישמחו במלכותך שומרי שבת וכו' כולם ישבעו ויתענגו
מטובך .יבואר עפ"י הידוע שעיקר טובות ושמחת האדם אשר ישיג בעוה"ז לא יהיה
כוונתו עבור עצמו כלל רק מחמת שזה הוא שמחת הבורא ב"ה כי חפץ חסד הוא
(מיכה ז יח) טוב ה' לכל וגו' (תהלים קמה ט) ,וז"פ ישמחו במלכותך שומרי שבת .כידוע
שהצדיקים הם נקראים שבת .ישבעו ויתענגו מטובך .ר"ל כל שמחתם ותענוגם הוא
(תהלים סח כי הוא כביכול טובת הבורא ב"ה כאשר ישלח לנו הישועה .וז"פ הכתוב
ד) וצדיקים ישמחו ויעלצו לפני אלהים .ר"ל זהו שמחתם כי הוא שמחת הבורא
ב"ה .ולזה וישישו בשמחה .מזה ישיג שמחה בכל פעם יותר ויותר ממה שהשיג
שמחה זו .והבן.
-מח -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-כב -
אז דו וועסט לויבן אויף די גוטס ביז אהער ,וועסטו
זוכה זיין צו ממשיך זיין פרישע חסדים!
די גמרא זאגט (ברכות נד ,).אז א מענטש דארף אלעמאל צום ערשט לויבן דעם
אויבערשטן אויף זיינע ביז-יעצטיגע חסדים ,און נאר דערנאך מתפלל זיין אויף ווייטער.
דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע ערקלערט דעם טעם דערפון ,ווייל ווען א מענטש
לויבט און דאנקט דעם אויבערשטן ,איז ער ממשיך געוואלדיגע השפעות פון חסדים
פון אויבן ,און דורכדעם וועט ער געהאלפן ווערן אויף ווייטער.
דאס איז מרומז אינעם פסוק (תהילים קיח ,א)" :הוֹ ד ּו ַלה' ִּּכי טוֹ ב ִּּכי ְּלעוֹ לָ ם ַח ְּסדּ וֹ " ,אז
דורכדעם וואס מען לויבט דעם אויבערשטן ,איז מען ממשיך חסדים אויף דער וועלט.
דעריבער זאגן מיר די בקשה פון "וכתוב לחיים טובים" (ביי שמונה עשרה פון עשרת ימי
תשובה) ,אינמיטן די ברכה פון 'מודים' ,וואו מיר דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן
אויף זיינע חסדים ,ווייל ווען מען לויבט אויף די פארגאנגענע יאר ,קען מען דערנאך
מתפלל זיין אויף די קומענדיגע יארכא.
כא תפארת שלמה :נותן הודאה לשעבר וצועק אלהבא .ידוע כי האדם הרוצה לבקש
על צרכיו .הנה צריך מקודם לתת הודאה לשעבר ואח"כ יכול למשוך חסדים להבא
כמ"ש הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו .פי' כשאדם נותן הודאה לשעבר כי טוב
אז מביא חסדים טובים לעולם חדשים לבקרים .וז"ש בנוסח התפלה בר"ה ויו"כ
ועשי"ת ועל כולם יתברך ויתרומם כו' וכתוב לחיים טובים .כשנותן הודאה על שנה
העברה .אח"כ יוכל להתפלל על השנה הזאת הבאה עלינו לטובה.
-מט -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
-כג -
הכנסת אורחים ברענגט א רפואה
יהם ַּת ַחת ָה ֵּעץ ַו ּי ֵּ
ֹאכל ּו (יח ,ח) ְּוה ּוא ע ֵֹּמד ֲע ֵּל ֶּ
און אברהם שטייט איבער די געסט אונטערן בוים ,און זיי האבן געגעסן
הרה"צ רבי מנחם נחום רבינוביץ זצ"ל פון קנטקוזבה האט דערציילט :אין מיינע
אינגע יארן בין איך געפארן צום גרויסן גאון רבי חיים בריסקער זצ"ל ,צו נעמען פון
אים א היתר הוראה און 'סמיכה' ,ווען איך בין אנגעקומען ,האב איך באגעגנט דעם
גאון ארומגענומען מיט רבנים און תלמידי חכמים .רבי חיים האט מיר אויפגענומען
מיט ווארעמקייט און כבוד ,ווען איך האב אים דערציילט פארוואס איך בין געקומען,
צו באקומען 'סמיכה' ,האט ער מיר געפרעגט ,צי איך האב שוין באקומען 'סמיכה'
פון אנדערע רבנים ,האב איך געענטפערט ,אז איך האב שוין עטליכע בריוון פון
'סמיכה' ,האט מיר רבי חיים געבעטן ,אז איך זאל אים ווייזן די בריוון ,האב איך אים
געגעבן א בריוו פון איינע פון די גרויסע רבנים.
רבי חיים האט דורכגעבליקט דעם בריוו ,און ער געבט זיך א דרוק אויס 'גאנץ קאלט'
[אז דער בריוו איז נישט גענוג ווארעם און הארציג] ,האב איך אים געזאגט" :ס'איז
נישט קיין וואונדער ,יענער איז דאך א מתנגד" ,האט מיר רבי חיים געפרעגט" :און
וואס בין איך?" ,האב איך געענטפערט" :איר זענט א האלבער חסיד ,"...פרעגט רבי
חיים" :פון וואנעט נעמסטו דאס?"" ,פונעם פסוק 'והוא עומד עליהם'" האב איך
געענטפערט.
-נ-
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
רבי חיים האט גלייך פארשטאנען מיין כוונה מיט דעם פסוק ,אז איך בין מרמז אויף
א מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט מיט אים ,און ער האט מיר געפרעגט" :דו
קענסט די מעשה ריכטיג?" ,ווען איך האב געענטפערט אז יא ,האט רבי חיים
פארלאנגט אז איך זאל דאס דערציילן פאר אלע אנוועזנדע.
און איך האב אנגעהויבן דערציילן :דער שווער פון רבי יאשע בער בריסקער זצ"ל
(דער טאטע פון רבי חיים) איז געווען א חסיד פון הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע .ווען
רבי חיים איז געווען א קליין קינד איז ער געווארן קראנק אויף א שווערן אופן ,ביז
אלע דאקטוירים האבן אויפגעגעבן אויף אים .אין יענע צייט איז דער הייליגער
אפגעשטאט א באזוך אין שטוב פון
ַ קאברינער אנגעקומען אין שטאט ,און ער האט
דעם שווער פון רבי יאשע בער ,תיכף ביים אריינקומען איז דער שווער צוגעלאפן
צום צדיק" :רבי ,א גרויסע צרה האט מיר באטראפן ,מיין טייער אייניקל חיימ'קע
ליגט אין בעט מיט א שרעקליכן קרענק!" ,האט אים דער קאברינער געזאגט" :לאמיר
גיין מבקר חולה זיין דעם קראנקן".
זיי זענען אריין אינעם צימער פונעם קינד ,און דער קאברינער האט אנגעהויבן זאגן:
אין פרשת וירא ,ווען די מלאכים זענען געקומען צו אברהם אבינו און ער האט זיי
יהם" – און ער שטייט איבער זיי,
געגעבן צו עסן ,שטייט אין פסוק "וְּ ה ּוא ע ֵֹּמד ֲע ֵּל ֶּ
שטעלט זיך די פראגע ,לכאורה וואלט געדארפט שטיין א לשון עבר "וְ הוּא ָע ַמד
יהם" – און ער איז געשטאנען איבער זיי? נאר די ספרים הקדושים ברענגען ,אז
ֲעלֵ ֶ
יעדעס מאל וואס א איד נעמט אריין געסט ביי זיך אינדערהיים ,קומט אברהם אבינו,
און ער שטייט מיט זיי ,דעריבער שטייט א לשון הווה ,ווייל ער שטייט שטענדיג
איבער די געסט.
-נא -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
חז"ל זאגן (בבא בתרא מז ,):אז אברהם אבינו האט געהאט א בריליאנט וואס איז
געהאנגען אויף זיין האלז ,און יעדער חולה וואס האט דאס געזען איז געווארן
אויסגעהיילט .דו ביסט דאך יעצט מקיים מיט מיר די מצוה פון 'הכנסת אורחים' –
האט דער קאברינער אויסגעפירט – קומט אויס ,אז אברהם אבינו איז יעצט דא מיט
אונז ,און דער חולה קוקט אויף זיין בריליאנט ,דעריבער בין איך זיכער ,אז מיטן
אויבערשטנ'ס הילף וועט דאס קינד אויסגעהיילט ווערן .איבריג צו זאגן ,אז דעם
צדיק'ס ווערטער זענען מקויים געווארן.
רבי חיים האט אויסגעהערט די מעשה מיט א קענטיגע אינטערעסע ,און ער האט
אויסגעפירט" :דאס איז ריכטיג ,כ'האב אויך געהערט די מעשה פון מיין טאטן
זצ"ל"כב.
(חלק 'שמועות וסיפורים' ,בערך רבי משה מקאברין; נרשם ע"י בנו רבי נח ז"ל כפי כב מחשבת נחום
ששמע מאביו) :שמעתי מאאמו"ר אשר בעת בואו אל הגאון הגדול המפורסם רבי
חיים מבריסק כדי לקבל ממנו היתר הוראה וסמיכה פגש את רבי חיים יושב
בביתו מוקף עם כמה רבנים וצורבים ואחרי שהגר"ח שקבל את פניו ברוב הוקרה
וחיבה סיפר לו על מטרת בואו לקבל סמיכה שאלו הגר"ח האם יש לו כבר
כתב סמיכה השיב לו כי כבר קיבל כמה כתבי סמיכה ביקשו רבי חיים שיראה
לו אותם מסר לו אבי כתב סמיכה מאחד מגדולי הרבנים העביר רבי חיים עיניו
על הכתב ויפטר בלשונו 'קר' אמר לו אבי מה הפלא הלא רב זה מתנגד הנהו,
שאלו רבי חיים ומה אני ,השיב לו כבוד תורתו הוא חצי חסיד מנין לך זאת
שאלו שוב רבי חיים אמר לו מן הפסוק והוא עומד עליהם רבי חיים הבין מיד
את הרמז לסיפור הדברים שקרו עמו וקשורים לפסוק זה שאל את אבי האם
ידוע לך הסיפור לנכון ויאמר אבי הן ובכן אמר לו רבי חיים ספר נא זאת לפני
כל הנוכחים כאן .ויחל אבי לספר סיפור הדברים כהויתן חותנו של הגאון רבי
-נב -
דברי חיזוק פון אונזערע צדיקים
וירא
יוסף דב אביו של הגר"ח היה ממקורבי הרה"ק רבי משה מקוברין ,בהיות רבי
חיים ילד קטן נפל לחולי וכל הרופאים התיאשו ממנו באותו זמן נזדמן הרה"ק
מקוברין לעיר ויבא לבקר בבית הותנו של הגרי"ד מיד עם הכנסו לבית פנה
בעל הבית אליו באמרו רבי צרה גדולה יש לי בתוך ביתי נכדי היקר חיימקה
חולה אנוש אמר לו הרה"ק מקוברין בא ונבקר את החולה בחדרו נכנסו שניהם
לחדר והרה"ק מקוברין פתח ואמר בפרשת וירא כשהמלאכים באו אל אברהם
אבינו והוא נתן להם לאכול נאמר והוא עומד עליהם לשון הווה ולכאורה היה
צריך לכתוב והוא עמד עליהם לשון עבר אלא שמבואר בספרים הקדושים שבכל
פעם שיהודי מכניס אורחים בא אברהם אבינו ע"ה ועומד אתם אז על כן נאמר
לשון הווה ובאברהם אבינו מצינו בגמ' (ב"ב טז) שאמרו מרגלית טובה היתה תלויה
בצוארו וכל חולה הרואה אותה מתרפא ואם כן היות ואתה מקיים עמי כעת
הכנסת אורחים אם כן הרי נמצא כאן אתנו עתה אברהם אבינו והחולה מסתכל
במרגלית שלו ובטוח אני שהילד יתרפא בעזרת השם יתברך וכך היה .רבי חיים
אשר שמע בהתענינות מרובה את הסיפור הפטיר ואמר נכון גם אנכי שמעתי כן
סיפור הדברים מאבי זצ"ל.
-נג -
