gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — וירא (2026-10-26)

מוציא לאור: האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish

שבוע: וירא (2026-10-26)

האזינו השמים - אידיש · Ha'azini Hashumayim - Yiddish — וירא (2026-10-26)

פתח את ה-PDF הורדה

‫ב"ה‬ ‫גליון י"ב – פ' וירא תשפ"ז לפ"ק‬ ‫מתוך דברי דברי מוסר והתעוררות שנשמעו מפ"ק מרן רבינו זי"ע‬ ‫במסיבת מלוה מלכה לטובת ישיבתינו הק' (ח"ב)‬ ‫מוצש"ק וירא תשנ"ה – וומסב"ג יצ"ו‬ ‫איז איינע פון די זאכן‪ ,‬איך מוז מיך אומקוקן אויף מיין קינד‪ ,‬ווען דאס קינד ווערט געבוירן מוז מען אים שוין מחנך זיין ער זאל זיין א הייליג קינד‪.‬‬ ‫און די מאמע זאל וויסן‪ :‬מיט'ן קינד ארבעט מען‪ ,‬עס זאל זיין א קינד וואס קען וואקסן און עס זאל זיין ערליך‪ .‬אין דעם פינסטערן וועלט וואס ‪ -‬נעבעך‬ ‫‪ -‬מען גייט ארויס אויף די גאס‪ .‬אז מען איז שוין אפגעהיטן מיט אלעם‪ ,‬אז מען קומט אויף די גאס קען מען ווערן א שמאטע אין איין שעה‪.‬‬ ‫"אבער וואס זאל מען טאן‪ ,‬איך בין דאך אן אונס? אן אונס איז דאך רחמנא פטריה?" איך האב אמאל געזאגט ‪ -‬פאר צוויי וואכן צוריק ‪ -‬פאר איינעם‪:‬‬ ‫"פארוואס גייסטו נאך אין א קאנטרי וואס דערנעבן דארט איז דא ווייס‪-‬איך‪-‬וואס"‪ .‬זאגט ער‪" :‬אז איך גיי ארויס [אין גאס]‪ ,‬האב איך סיי‪-‬ווי‪-‬סיי"‪ .‬זאג‬ ‫איך אים‪" :‬ביסט מדמה אונס צו רצון? אז דו נעמסט אליינס אין דיין שטוב אריין‪ ,‬ווילסטו מדמה זיין צו דעם וואס דו קענסט זיך נישט העלפן?" דו‬ ‫גייסט ארויס און דו טוסט‪.‬‬ ‫אבער דאס איז דער גאנצער ליניע‪ ,‬דאס איז ערליכקייט‪ ,‬דאס איז צניעות‪ .‬א קינד זאל וויסן צניעות‪ ,‬א מיידל זאל וואקסן מיט צניעות‪ ,‬און די אינגלעך‬ ‫ברויכן אויך צו וואקסן מיט צניעות‪ .‬יעדער מוז וואקסן מיט א קדושה און טהרה‪ .‬און דער כח פון די קדושה און טהרה האט אונז נאר געראטעוועט‬ ‫פון די אלע גזירות‪ ,‬פון די אלע צרות‪.‬‬ ‫דאס איז דאך די הייליגע תורה‪ ,‬מען האט נישט פארלאזט די תורה‪ .‬גוט‪ ,‬יעדער מיינט נאר 'איך טו דאך וואס איך קען'‪' ,‬איך טו וואס איך קען'‪ ,‬יעדער‬ ‫ענטפערט די זעלבע תשובה‪" .‬וואס זאל איך טאן? איך קען נישט ווייטער"‪ .‬ווער זאגט אז איך קען נישט ווייטער? ווען די ביזנעס גייט מיר שוואך וועל‬ ‫איך זאגן 'איך קען שוין נישט ווייטער?' איך פרוביר עס אויפצובויען‪ .‬אז איך האב א שווערע ארבעט‪ ,‬זוך איך מיר די גרינגערע‪.‬‬ ‫פארוואס ביי אידישקייט‪ ,‬דארט האב איך קיינמאל נישט קיין צייט‪ .‬איך האב נישט קיין צייט צו מיינע קינדער‪ ,‬איך האב נישט קיין צייט צו קאנטראלירן‪,‬‬ ‫איך האב נישט קיין צייט מיט זיי צו רעדן‪ .‬צו יעדע הבל הבלים האב איך צייט‪.‬‬ ‫מיט אנדערע זאכן אויך‪ .‬העלף פאר א איד‪ ,‬מאך אים נישט שווער‪.‬‬ ‫נפלאות על הפרשה‬ ‫יוקח נא מעט מים‬ ‫דער לשון פונעם פסוק דארף א ביאור ‪ :‬פאר וואס עפעס האט אברהם אבינו גערעדט בלשון נסתר" – יוקח "(עס זאל גענומען ווערן)‪ ,‬אנשטאט‬ ‫צו רעדן בלשון נוכח – "קחו נא" (נעמט א ביסל וואסער)‪ ,‬ווי א בעל הבית וואס באפעלט פאר זיינע שטוב מענטשן אדער דינסטן צו טון זיין‬ ‫ווילן?‬ ‫נאר מען קען זאגן‪ ,‬אברהם אבינו איז דעמאלטס געווען א חולה (קראנק) צוליב די מצוה פון ברית מילה‪ ,‬די איבריגע אנשי ביתו און זיינע‬ ‫קנעכט זענען נאך אויך געווען גאר שוואך‪ ,‬וויבאלד זיי זענען אויך געווען אינעם דריטן טאג נאך זייער מילה‪ .‬האט אברהם אבינו נישט‬ ‫געוואלט באפעלן זיינע קנעכט אדער ישמעאל‪ ,‬די איינציגע וועמען ער האט יא געקענט הייסן‪ ,‬איז געווען איינע פון די שפחות אין שטוב‪,‬‬ ‫אבער חז"ל זאגן דאך אין מסכת קידושין (ע' ע"א) "אין משתמשין באשה"‪ ,‬דערפאר האט אברהם אבינו געזאגט בלשון נסתר‪" ,‬יוקח נא מעט‬ ‫מים" – "עס זאל גענומען ווערן א ביסל וואסער"‪ .‬כדי די שפחה זאל עס הערן אליינס און עס גיין ברענגען‪ ,‬אן דעם וואס ער זאל חלילה עובר‬ ‫זיין אויפן איסור פון הייסן די אשה אים משמש צו זיין‪.‬‬ ‫(קובץ דרושים נדפס בספר זכותא דמנחם)‬ ‫דרך אגב‪ ,‬אז איך זאג שוין זאל איך שוין ערווענען‪ ,‬צי וואס מוז מען נעמען גוי'טעס אין שטוב אריין? איז נישט דא גענוג אידישע רוסישע פרויען‬ ‫וכדומה? און אז נישט‪ ,‬צי קינדער וכדומה? א גוי'טע אין די שטוב אריין‪ ,‬איז דאס א יחוס? מצד אנדערע טעמים‪ ,‬מצד אנדערע ענינים‪ .‬איז דאס טאקע‬ ‫א הכרח‪ ,‬אז עס מוז זיין? מען האט נישט וואס צו טאן מיט די מיידלעך? נעם נישט א גוי'טע אין שטוב אריין‪ ,‬זאלן די מיידלעך ארבעטן‪ .‬אינדערהיים‬ ‫האבן אויך די מיידלעך געארבעט‪ .‬דאס האב איך געוואלט זאגן בדרך אגב‪.‬‬ ‫מדת רחמנות אליין‪ ,‬איז אויך א זאך‪ .‬איך ווייס אליין נישט צי איך זאל יא זאגן צי איך זאל נישט זאגן‪ .‬מיר האבן אויך גערעדט יעצט פריער‪ ,‬מען האט‬ ‫מיך מעורר געוועזן‪ .‬די חתונה מאכן איז שווער‪ ,‬מען ברויך דאך געלט‪ ,‬און חסדי השם‪ ,‬אידישע קינדער זענען דאך דאך אידישע קינדער‪ ,‬מיט אלע‬ ‫פעלערס איז דאך דא "שמחת נישואין"‪ ,‬מען מאכט עס האלב פרייז‪ ,‬א געוואלדיגע זכי'‪ .‬קומט מען מיר זאגן‪ ,‬אז קיין דירות קען מען נישט באקומען‪.‬‬ ‫פארוואס? ווייל היינט איז צוגעקומען נאך א נייע צרה‪ ,‬לא די וואס עס קאסט דאך טייער‪ ,‬נאר מען מוז געבן "שליסל געלט"‪ .‬מען מוז געבן פינף טויזנט‬ ‫דאלער‪ ,‬צען טויזנט דאלער‪.‬‬ ‫א יונגערמאן‪ ,‬קוים מיט צרות מאכט ער חתונה‪ ,‬פופציג טויזנט דאלער‪ .‬פון וואו זאל ער נעמען צען טויזנט דאלער שליסל געלט? מען האט דאס‬ ‫קיינמאל נישט געטאן אזא זאך‪ .‬דו נעמסט דאך דירה געלט‪ ,‬וואס טייטשט 'שליסל'? קען זיין ער האט אפשר חובות‪ ,‬ער האט געקויפט א הויז‪ ,‬דאס‬ ‫קע ן זיין‪ ,‬מען קען נאך פארענטפערן‪ ,‬אבער אידן האבן דאך א מדת רחמנות‪ ,‬וויאזוי קען מען העלפן אזוי א איד פאר'ן צווייטן?‬ ‫מדת הרחמנות מיינט נישט נאר ווען יענער גייט שוין נעבעך אפגעריסן און אפגעשליסן אויפ'ן גאס געב איך אים א דאלער‪ .‬מדת הרחמנות איז טייטש‬ ‫אויף יעדן איד האב איך רחמנות‪ .‬איך האב רחמנות‪ ,‬איך וויל אים נישט צעברעכן‪ ,‬איך העלף אים צו צו זיין לעבן‪ ,‬איך העלף אים צו ער זאל זיך‬ ‫אויפשטעלן אויף די פיס‪ .‬אזוי האט מען אונז געלערנט‪ ,‬אזוי האבן מיר געוואוסט‪ .‬דאס איז דאך אזעלכע ענינים נפלאים גדולים‪ ,‬וואס מען האט אונז‬ ‫מחנך געווען אויף דעם וועג‪ ,‬און דאס גייט נעבעך אונטער‪.‬‬ ‫איך האב דאך איצט געזאגט‪ ,‬אז די קינדער וואס זענען נאך ארויסגעקומען‪ ,‬צעבראכענערהייט אהיימגעקומען‪ ,‬זיי האבן נאך געוואוסט אויפצושטעלן‬ ‫אן ערליכע שטוב‪ ,‬מען זאל זיין ערליך‪ .‬און היינט‪ ,‬וויאזוי קען דאס זיין‪ ,‬וואספארא שטוב קען מען אויפשטעלן מיט א נוסח גוי‪.‬‬ ‫עס איז דא אסאך וואס צו רעדן‪ .‬חס ושלום‪ ,‬מען מיינט קיינעם נישט צו באליידיגן‪ ,‬יעדער ווייסט דאך דא‪ ,‬דער עיקר מיינט מען דאך זיך אליין‪ .‬אבער‬ ‫עס איז דאך הגיע הזמן אז מען זאל נישט גיין איינער דעם אנדערן אויפ'ן לעבן‪ ,‬ביי יעדע זאך‪ ,‬ביי יעדע קלייניגקייט‪ ,‬יעדע פאליטיק‪.‬‬ ‫דער גאנצער חינוך סיסטעם‪ ,‬מען זאל נישט משנה זיין דער חינוך‪ ,‬זוך נישט קיין נייע וועגן‪ ,‬זיי נישט קיין אויפטוער‪ .‬די אלע יונגעלייט צעברעכן די‬ ‫רבנים‪ ,‬זיי לאזן זיי נישט וואקסן‪ .‬עס איז ממש א פארקערטע וועלט‪ .‬מאך דיר נישט קיין נייע סיסטעם‪ ,‬מאך דעם סיסטעם וואס מיר האבן געלערנט‬ ‫אינדערהיים‪ ,‬עס ברויך זיין א חינוך טהור‪ ,‬הייליג‪ ,‬דאס וואס מיר האבן מקבל געווען‪ ,‬וואס מיר האבן געלערנט‪ ,‬וואס מיר ווייסן פון פריער‪.‬‬ ‫און ביי יעדע זאך אזוי‪ ,‬זוך נישט קיין נייע וועגן‪ ,‬טו דיר דעם וועג וואס מען האט אונז געלערנט אינדערהיים‪ .‬אז דו ווייסט נישט וואס דאס איז‪ ,‬פרעג‬ ‫דיך נאך ביי די אידן וואס זיי געדענקען נאך‪ ,‬וואס זיי ווייסן נאך‪.‬‬ ‫נפלאות על הפרשה‬ ‫רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי‬ ‫עס שטייט "סוף דבר הכל נשמע וגו׳ כי זה כל האדם“ (קהלת י״ב‪ ,‬י״ג) ‪ .‬דער פשט איז‪ ,‬מ׳זאָל נישט מיינען אַז יראת ה׳ איז בלויז אַ מעלה‬ ‫אינעם מענטש‪ ,‬און ווער ס׳האָט נישט קיין יראת ה׳ איז אויך אַ מענטש‪ ,‬נאָר עס פעלט אים אַ וויכטיגע מעלה‪ .‬אויף דעם קומט דער פסוק‬ ‫אונז צו לערנען אַז ס׳איז נישט אַזוי; ווייל ווער ס׳האָט נישט קיין יראת שמים איז בכלל נישט קיין מענטש‪ ,‬נאָר אַ בעל־חי‪.‬‬ ‫ווייל „זה כל האדם“ — דאָס איז דער גאַנצער מענטש‪ ,‬און אָן דעם האָט ער נישט די מדריגה פון אַ מענטש‪ .‬די איכות פונעם מענטש ווענדט‬ ‫זיך נאָר אין דער מידה פון יראת שמים וואָס געפינט זיך אין אים‪ ,‬צי ווייניג צי פיל‪ .‬דאָס הייסט‪ :‬אויב ער האָט אַ גרויסע מאס יראת שמים‪,‬‬ ‫איז ער אַ גרויסער מענטש; אויב ער האָט אַ קליינע מידה‪ ,‬איז ער אַ קליינער מענטש; און אויב ער האָט גאָרנישט‪ ,‬איז ער בכלל נישט קיין‬ ‫מענטש‪ ,‬נאָר אַ בעל־חי אין דער געשטאַלט פון אַ מענטש‪.‬‬ ‫און דאָס איז מבואר לויטן פסוק (פרשת בראשית א׳‪ ,‬כ״ו) „נעשה אדם“‪ .‬דער זוהר ערקלערט אַז דער אייבערשטער האָט געזאָגט צו דער‬ ‫גאַנצער בריאה‪„ :‬נעשה אדם“ — לאָמיר אַלע צוזאַמען מאַכן דעם מענטש‪ ,‬אַז מיר אַלע זאָלן האָבן אַ חלק אין זיין באַשאַפונג‪ .‬דאָס הייסט‪,‬‬ ‫אַז יעדער באַשעפעניש זאָל אַריינגעבן אינעם מענטש פון איר אייגענעם טבע און תכונה‪ :‬דער אָקס זאָל אים געבן די תכונה פון אַן אָקס‪,‬‬ ‫דער לייב די תכונה פון אַ לייב‪ ,‬דער שלאַנג די תכונה פון אַ שלאַנג‪ ,‬און אַזוי ווייטער‪ .‬קומט אויס‪ ,‬אַז איין מענטש איז אַן עולם קטן‪ ,‬וואָס‬ ‫נעמט אַריין אין זיך די תכונות פון אַלע אויבערשטע און אונטערשטע באַשעפענישן‪ .‬אויב אַזוי‪ ,‬זענען די כוחות פון אַלע ווילדע חיות אין‬ ‫דער וועלט אַריינגעלייגט געוואָרן אינעם מענטש‪ ,‬און ס׳איז נישטאָ קיין שרעקליכערע חיה ווי ער! דערצו האָט דער מענטש כלי־משחית‬ ‫וואָס קיין שום חיה אין דער וועלט האָט נישט — דעת און דיבור‪ .‬און אויב אַ איינציגע רויב־חיה דאַרף מען צובינדן מיט אַן אייזערנער קייט‪,‬‬ ‫וויפיל קייטן דאַרף מען דען האָבן אָפּצוהאַלטן אַזאַ געפערלעכער חיה ווי דער מענטש! ווען דער אייבערשטער האָט באַשאַפן דעם מענטש‪,‬‬ ‫האָט ער זיכער אויך באַשאַפן די קייט מיט וועלכער אים צו בינדן‪ ,‬כּדי ער זאָל נישט חרוב מאַכן די וועלט‪.‬‬ ‫און וואָס איז די קייט? דאָס איז יראת ה׳‪ .‬נאָר יראת ה׳ אַליין האָט דעם כוח אָפּצוהאַלטן דעם מענטש‪ ,‬אַז ער זאָל נישט ווערן ווי אַ רויב־‬ ‫חיה‪ .‬אָן יראת ה׳ וועט קיין שום עצה אין דער וועלט נישט העלפן צו היטן דעם מענטש פון שעדיגן‪ .‬אפילו ער זאָל זיין אַ חכם און פיליסוף‬ ‫ווי אַריסטו‪ ,‬וועט אים זיין חכמה נישט ביישטיין אין דער שעה ווען דער יצר הרע באַפאַלט אים‪.‬‬ ‫דאָס איז וואָס אברהם אבינו האָט געזאָגט צו אבימלך (פרשת וירא כ׳‪ ,‬י״א)‪„ :‬רק אין יראת אלקים במקום הזה והרגוני על דבר אשתי“‪ .‬דער‬ ‫דיוק פון „רק“ איז‪ ,‬אַז חוץ פון יראת ה׳ האָט זיי גאָרנישט געפעלט‪ :‬זיי האָבן געהאַט חכמה און מדות פון דרך ארץ‪ .‬אָבער דאָס אַלץ העלפט‬ ‫נישט ווען ס׳איז נישטאָ קיין יראת ה׳‪.‬‬ ‫(קובץ מאמרים‪ ,‬להג״ר אלחנן בונם וואַסערמאַן זצ״ל הי״ד‪ ,‬ביאורי אגדות — יראת שמים)‬ ‫דאס איז דער פסוק‪ ,‬וואס דא שטייט "כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך ה' למען הביא ה'" ‪ -‬דער אויבערשטער זאל‬ ‫ברענגען די אלע ברכות‪ .‬מיר זאלן וויסן דעם "אשר יצוה את בניו ואת ביתו"‪ .‬בעט איך יעדן‪ ,‬פאר זיין אייגענע טובה‪ ,‬מען זאל גיין נישט אויף קיין נייע‬ ‫וועגן‪ ,‬נאר אויפ'ן אלטן וועג‪.‬‬ ‫איך האב געהאט נאך וואס צו רעדן‪ ,‬איך האב גערישט מיך מער צו רעדן‪ ,‬אבער איך באגענוג מיך מיט דעם וואס איך בעט נאר איין זאך ‪ -‬צוויי זאכן‪:‬‬ ‫מען זאל זיך אומקוקן אויף די אייגענע קינדער‪ ,‬עס לוינט נישט אויפגעבן די קינדער‪ ,‬דו ווייסט נישט‪ .‬קוק דיך אום אויף דיינע קינדער‪ ,‬קוק דיך אום‬ ‫אויב זיי זענען גוט פלאצירט‪ .‬און אז עס איז נישט גוט‪ ,‬זוך אן אנדערע וועג‪ ,‬נעם זיי אוועק פון דארטן‪ ,‬לאז זיי נישט אריין‪ .‬יהיה מה שיהיה‪.‬‬ ‫אזוי גייט ביי א שידוך‪ ,‬אזוי גייט ביי פרנסה‪ .‬אז ער גייט ארויס פון כולל‪ ,‬שטעל אים נישט אריין אין א פרנסה וואס דו האסט אים איינגעשטעלט צווישן‬ ‫ניבול‪-‬פה'ניקעס און מנווולים‪ ,‬צווישן גוים מיט גוי'טעס‪ .‬זארג דיך פאר אים‪ ,‬אויף זיין נשמה‪ .‬וועט ער נעמען א האלב פון געהאלט‪ .‬דער אויבערשטער‬ ‫וועט אים העלפן ער וועט אויסלעבן אזוי אויך‪ ,‬ער וועט נישט חלילה הונגערן‪.‬‬ ‫צוויי זאכן איז דא‪ :‬דאס זיך זארגן פאר די אייגענע‪ ,‬און זיך זארגן פאר זיך ‪ -‬פאר די נשמה‪ .‬נישט נאר כסדר זיך זארגן פאר די פרנסה‪ ,‬מען מיינט אז‬ ‫דאס איז דער עיקר‪ .‬אז דו וועסט זארגן זיך אויף דער נשמה‪ ,‬וועט זיין פרנסה אויך‪ .‬דאס איז איין זאך‪.‬‬ ‫די צווייטע זאך‪ :‬וואס איך טו‪ ,‬זאל זיין [א נחת רוח פאר'ן רבש"ע]‪ .‬איך וויל וויסן צי דאס איז טאקע אין הימל אנגענומען אז עס איז גוט‪ ,‬דעמאלטס‬ ‫מעג איך דאס טאן‪ .‬וועסטו נישט יענעם צעברעכן‪ ,‬וועסט נישט פירן קיין פאליטיקס‪ ,‬מען זוכט נישט צו הרג'ענען וועגן פאליטיק מענטשן‪ ,‬און שלאג‬ ‫נפלאות על הפרשה‬ ‫ותכחש שרה לאמר לא צחקתי ויאמר לא כי צחקת‬ ‫פון דא איז מיוסד דער הלכה וואס חכמינו ז"ל האבן געמאכט אז א פרוי איז פסול לעדות‪ ,‬ווייל מיר זעען אז א פרוי ווען זי ווערט‬ ‫דערשראקן קען זי זאגן ליגנט כדאי נישט צו בלייבן פארשעמט!‬ ‫(חזקוני; רבינו ר' ישעי' מטירני; ערוך ערך נשים)‬ ‫והוא עומד עליהם תחת העץ ויאכלו‬ ‫רש"י זאגט‪ :‬עס האט נאר אויסגעזען ווי זיי עסן‪ .‬מען לערנט פון דעם אז א מענטש זאל זיך נישט ענדערן פונעם מנהג המקום‪.‬‬ ‫די וועלט פרעגט א קשיא‪ :‬שפעטער ביי לוט (י"ט‪ ,‬ג') שטייט אויך "ומצות אפה ויאכלו" און דארט זאגט רש"י גארנישט‪ .‬פארוואס זאגט‬ ‫ער נישט דארט אז עס האט נאר אויסגעזען ווי זיי עסן?‬ ‫מיין זיידע דער גאון פון לאסק ז"ל‪ ,‬האט געזאגט א מורא'דיגן פשט לויטן אר"י הקדוש‪ :‬דער אר"י זאגט אז ביי יציאת מצרים האט דער‬ ‫באשעפער געמוזט אליין גיין ("אני ולא מלאך")‪ ,‬ווייל אין מצרים איז געווען אזא טומאה אז א מלאך וואלט חלילה געקענט אראפפאלן‬ ‫פון זיין דרגה‪ .‬לויט דעם‪ ,‬ווען די מלאכים זענען אנגעקומען קיין סדום – וואס איז געווען דאס ארט פון רשעות און קליפות – זענען זיי‬ ‫טאקע געפאלן פון זייער דערהויבענע דרגה פון מלאכים‪ ,‬און דארט אין סדום האבן זיי באמת געגעסן! דערפאר שווייגט רש"י דארט‪.‬‬ ‫(פרדס יוסף)‬ ‫ויאמר ה' אל אברהם למה זה צחקה שרה‬ ‫מען דארף פארשטיין‪ :‬פארוואס פרעגט דער באשעפער אברהם‪ ,‬פארוואס גייט ער נישט פרעגן שרה אליין? זי איז דאך געווען א גרויסע‬ ‫נביאה‪ ,‬אפילו מער פון אברהם‪.‬‬ ‫עס ווערט דערציילט אויפן גאון רבי חיים בריסקער זצ"ל‪ ,‬אז ווען ער איז געווען א קליין אינגל האט ער געלערנט ביי א מלמד וואס איז‬ ‫געווען א סלאנימער חסיד‪ .‬איינמאל האט אים דער מלמד מיטגענומען צום סלאנימער רבין‪ .‬דער רבי האט אים געגעבן אן עפל‪ ,‬דאס‬ ‫קינד האט עס שנעל געכאפט און אויפגעגעסן‪.‬‬ ‫האט דער רבי געזאגט פארן מלמד‪" :‬אויב דאס קינד עסט אן א ברכה‪ ,‬איז די שולד אויף דיר‪ ,‬ווייל דו ביסט זיין רבי!" האט דער קליינער‬ ‫חיים'ל מיט זיין שארפקייט זיך אנגערופן צום רבי'ן‪" :‬אויב אזוי‪ ,‬איז די שולד אויף אייך‪ ,‬ווייל איר זענט דעם רבי'ס רבי"‪...‬‬ ‫דאס זעלבע קען מען זאגן דא‪ :‬עס איז געווען א תביעה אויף אברהם אבינו‪ .‬אויב זיין דרגה אלץ רבי פון שרה וואלט געווען מער בשלימות‪,‬‬ ‫וואלט שרה נישט געלאכט‪ .‬דערפאר האט דער באשעפער טענות צו אברהם‪ :‬פארוואס האט שרה געלאכט?‬ ‫(טללי אורות חלק ו')‬ ‫כי שמע אלקים אל קול הנער באשר הוא שם‬ ‫רש"י טייטשט ‪ :‬דער מענטש ווערט געמשפט לויט די מעשים וואס ער טוט איצט‪ ,‬און נישט לויט דעם וואס ער גייט טון אינעם עתיד‪.‬‬ ‫די וועלט פרעגט די באקאנטע קשיא‪ :‬פארוואס ביי א "בן סורר ומורה" משפט'ט מען אים יא אויף זיין סוף (נידון על שם סופו)‪ ,‬און ביי‬ ‫ישמעאל זאגט דער באשעפער אז מען קוקט נאר אויף יעצט?‬ ‫נאר מען קען עס ערקלערן אזוי‪ :‬ביים סוף פון די פרשה שטייט "ותקח לו אמו אשה מארץ מצרים" – דאס מיינט אז ער פאלגט נאך זיין‬ ‫מאמע‪ ,‬ער איז נאך אלץ פארבונדן צו די עלטערן‪ .‬אז ער פאלגט די מאמע‪ ,‬איז ער נאך נישט קיין פארפאלענער מענטש! אבער ביי א בן‬ ‫סורר ומורה שטייט קלאר אין די תורה "איננו שומע בקול אביו ובקול אמו" – ער פאלגט נישט דעם טאטן און נישט די מאמע‪ ,‬ביי אים איז‬ ‫שוין ליידער נישטא קיין שום האפענונג‪...‬‬ ‫(בעלי המוסר)‬ ‫נישט צוריק‪ ,‬און מאך נישט א נקמה צוריק ‪' -‬איך גיי אים שוין ווייזן'‪ ...‬ווייז‬ ‫ברכת "מזל טוב" לאנ"ש שיחיו‬ ‫נישט‪ ,‬טו נישט‪ .‬טו צוריק יענעם נאר גוטס‪ ,‬וועט דער אויבערשטער אין דעם‬ ‫שהשמחה במעונם‬ ‫זכות שענקען אריכות ימים ושנים‪ .‬עס שטייט אין זוהר הקדוש‪.‬‬ ‫דאס איז אונזער היינטיגער פליכט‪ ,‬מיר זענען אין א שווערן מצב‪ ,‬מיר זענען אין‬ ‫כ"ק הגה"צ אבד"ק יעמרינג שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫א שווערן מצב נעבעך מיט פרנסה‪ ,‬אבער וועגן דעם איז א שווערע מצב מיט די‬ ‫לרגל אירוסי נכדתו תחי' בת חתנו אבד"ק דעעש‪-‬מאנסי שליט"א (מאנסי)‬ ‫לרגל הולדת נכדתו נכדה לבנו הרב יוסף הערש שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫נשמה‪ .‬מיר זארגן זיך נישט פאר אונזערע אייגענע‪ ,‬מיר זארגן זיך וויאזוי יענעם‬ ‫כ"ק אדמו"ר שליט"א – קרית קאשוי‬ ‫אונטערברענגען‪ .‬עס טאר נישט אזאנס אז אן ערליך קינד זאל וואקסן און עס‬ ‫לרגל נשואי נכדו ני"ו בן חתנו הרב שמואל אהרן טענענבוים שליט"א (ק"י)‬ ‫זאל קענען פון זיין מויל ארויסקומען א מיאוס ווארט‪ .‬אפילו א סתם מיאוס‬ ‫כ"ק אדמו"ר שליט"א – אהל רפאל‬ ‫ווארט טאר נישט ארויסקומען פון א מויל‪ .‬וכדומה וכדומה‪.‬‬ ‫לרגל אירוסי נכדתו תחי' בת בנו הרב משה אליעזר שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫ולרגל הולדת נכדו נכד הרב שלו' יושע העשיל שליט"א בן בנו הרב שמואל הערש שליט"א‬ ‫דאס איז דער הייליגער חיוב אויף אונז‪ ,‬ליב האבן א איד‪ .‬איך פלעג אלעמאל צו‬ ‫כ"ק אדמו"ר שליט"א – תולדות רפאל‬ ‫זאגן‪ ,‬אז מיר ווילן זוכה זיין צו "ואהבת את ה' אלקיך"‪ ,‬קען מען נישט זוכה זיין‬ ‫לרגל נשואי נכדו ני"ו בן חתנו הרב מרדכי דוד אבראהאם שליט"א‪ ,‬דומ"ץ (מאנסי)‬ ‫נאר ווען מען ווייסט "ואהבת לרעך כמוך"‪" .‬ואהבת לרעך כמוך" דאס איז ביים‬ ‫הרב משה חיים בלום (בן אדמו"ר מקרית קאשוי זצ"ל) שליט"א (מאנסי)‬ ‫אויבערשטן חשוב‪ ,‬אז ער זאל קענען צוקומען צו "ואהבת את ה' אלקיך"‪ .‬און‬ ‫לרגל הולדת נכדו אצל חתנו מו"ה בנימין אליעזר מאנדל ני"ו‬ ‫אפילו ער זאל נישט צוקומען‪ ,‬אפילו ער זאל בלייבן אן עם הארץ וכדומה‪ ,‬אז‬ ‫הרב יעקב קעסטנבוים שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫ער טוט "ואהבת לרעך כמוך" איז ער אין הימל חשוב און טייער‪.‬‬ ‫לרגל נשואי נכדתו תחי' בת חתנו מו"ה אברהם שמוא' עלנבויגן שליט"א‬ ‫ולרגל הולדת נכדו בן בנו הרב יואל שליט"א‬ ‫יעדער איד זאל דאס געדענקען‪ ,‬עס איז פארהאן אזא מצות עשה פון "ואהבת‬ ‫הרב יחזקאל יאקאבאוויטש שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫לרעך כמוך"‪ .‬און אז דו קענסט נישט צעברעכן דעם יצר הרע אינגאנצן‪ ,‬צוברעך‬ ‫לרגל נשואי נכדתו תחי'‬ ‫אים כאטשיג אויף העלפט‪ .‬לאז אים נישט נאך אלעס‪ .‬זאל מען שוין אויפהערן‬ ‫הרב הערשל ניסן שליט"א (וומסב"ג)‬ ‫מיט דעם‪ ,‬מיט יעדן איינעם מבזה זיין‪ .‬מען טאר קיינמאל נישט מבזה זיין א‬ ‫לרגל אירוסי נכדתו תחי'‬ ‫מענטש‪ ,‬נישט בפניו און נישט שלא בפניו‪ .‬וואס האסטו פון דעם? א יצר הרע‬ ‫הרב יושע ישכר בעריש לאנדא שליט"א – אבד"ק קערעסטיר (טאהש)‬ ‫אנע שום נוצן‪ ,‬גארנישט‪ .‬אבי יענעם מבזה געווען‪ .‬וואס גייט ער האבן דערפון?‬ ‫לרגל אירוסי בתו תחי'‬ ‫אמאל קען מען אומגליקליך מאכן א מענטש מיט אביסל בזיון‪ .‬מען האט אים‬ ‫הרב יקותיאל יעקב קעסטנבוים שליט"א (ק"י)‬ ‫מבזה געווען ברבים‪ ,‬און דער איד קען נישט קיין שידוך טאן‪ ,‬ער קען‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו‬ ‫מו"ה אליעזר שמואל נאה הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫אומגליקליך ווערן כל ימיו‪.‬‬ ‫לרגל אירוסי נכדו ני"ו‬ ‫וואס פעלט דאס אויס די אלע זאכן? לאמיר שוין אמאל פטור ווערן פון דעם‪.‬‬ ‫מו"ה שלמה דוד גרינהויט הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫מען זאל געדענקען דעם מצוה‪ ,‬געדענקען "ואהבת לרעך כמוך"‪ ,‬און כביכול‬ ‫לרגל נישואי נכדתו בת בנו מו"ה הערשל הי"ו‬ ‫מען דארף ליב האבן דעם אויבערשטן אויך‪ ,‬מען זאל אויך פון אויבערשטן נישט‬ ‫מו"ה אברהם יצחק לעפקאוויטש הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נשואי בתו תחי'‬ ‫פארגעסן‪ ,‬וועט אלעס זיין וואויל‪ ,‬עס וועט זיין ליכטיג‪.‬‬ ‫מו"ה ברוך יושע גרינפעלד הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫און א דאווענען איז א דאווענען‪ .‬דאוון‪ ,‬האב אינזין‪ .‬די האלבע שעה וואס דו‬ ‫לרגל אירוסי נכדו בן בנו מו"ה הערשל ני"ו‬ ‫דאוונסט שוין‪ ,‬דאס איז דעם באשעפער'ס‪ .‬איך באנעם זיך דאך א גאנצן טאג‬ ‫מו"ה שלמה משה שעכטער הי"ו (ב"פ)‬ ‫מיט ביזנעס אדער מיט עפעס אנדערש‪ ,‬אין איין שעה ביסטו שוין פארטיג מיט'ן‬ ‫לרגל אירוסי נכדו בן בנו מו"ה ישראל ני"ו‬ ‫מו"ה יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו (ק"י)‬ ‫רבש"ע? צווישן פיר און צוואנציג שעה געבסטו פאר'ן אויבערשטן איין שעה?‬ ‫לרגל נישואי נכדו ני"ו‬ ‫און דאס איז טייטש אז אין דעם איינעם שעה‪ ,‬איז שוין דא דער בלאט גמרא‪,‬‬ ‫מו"ה שמואל גרינהויט הי"ו (מאנסי)‬ ‫מיט'ן דאווענען‪ ,‬און מנחה‪-‬מעריב מיט אלעם‪ ,‬דאס פאקט ער אריין אין איין‬ ‫לרגל נישואי בנו הי"ו‬ ‫פעקעדזש‪ ,‬לייגט ער אריין דאס אלעס‪ ,‬קען דאס דען זיין גוט? דריי און צוואנציג‬ ‫מו"ה חיים דוד שטיינמעץ הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫שעה האב איך מפקיר געווען‪ ,‬פון דעם געב איך פאר'ן באשעפער גארנישט? איז‬ ‫לרגל נישואי נכדו ני"ו‬ ‫דאס מעגליך אז דאס קען זיין?‬ ‫מו"ה אברהם ראטענבערג הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל נישואי נכדו ני"ו‬ ‫יעדער בעל הבית אינדערהיים האט געלערנט עטליכע שעה יעדן טאג‪ .‬עטליכע‪.‬‬ ‫מו"ה נחום מרדכי טעללער הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫זיי זאגן אז אין אמעריקע קען מען דאס נישט מאכן‪ .‬אבער עס איז דאך דא עפעס‬ ‫לרגל נישואי נכדו ני"ו‬ ‫א שטיקל מהלך צווישן די צוויי‪.‬‬ ‫מו"ה אפרים ווייס הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫לרגל הבר מצוה לנכדו בן בנו מו"ה מענדל הי"ו‬ ‫איך זאג דא די גאנצע זאך ממילא נאר אויף א קורצע צייט‪ ,‬משיח איז שוין דא‪,‬‬ ‫מו"ה יחיאל שלמה לעבאוויטש הי"ו (וומסב"ג)‬ ‫ער איז עומד אחר כתלינו‪ ,‬ער קומט שוין‪ .‬אבער חלילה זיך אונטערהונקען‪ ,‬מען‬ ‫לרגל הולדת נכדתו תחי'‬ ‫זאל נישט אויסזען היינט מיט א גוי'איש פנים‪.‬‬ ‫מו"ה יצחק אהרן טעללער הי"ו (מאנסי)‬ ‫וועט דער אויבערשטער העלפן מיר וועלן האבן דער זכי' אלע אינאיינעם צו זען‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו בן בנו מו"ה רפאל הי"ו (ק"י)‬ ‫מו"ה יצחק אהרן שטערנפעלד הי"ו (ק"י)‬ ‫נחת אי"ה פון די קינדער‪ ,‬אידיש נחת‪ ,‬זען נחת מתוך שמחה‪ ,‬מיט אלע גוטע‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו בן בנו מו"ה רפאל הי"ו (ק"י)‬ ‫זאכן‪ ,‬וועט דער אויבערשטער אונז העלפן‪ ,‬און מען וועט נאך אי"ה אלע זוכה‬ ‫מו"ה יקותיאל אהרן האלצער הי"ו (קרית קאשוי)‬ ‫זיין בקרוב צום ביאת גואל צדק‪ ,‬זאל מען זיך שטארקן‪ ,‬נישט נאכלאזן גארנישט‪,‬‬ ‫לרגל הולדת נכדו ני"ו בן בנו מו"ה שמעון הי"ו (ק"י)‬ ‫מען וועט העלפן איינער פאר'ן צווייטן‪ ,‬און מגדל זיין די קינדער אויפ'ן כשר'ן‬ ‫מו"ה אשר קעניג הי"ו (מאנסי)‬ ‫וועג‪ ,‬אויפ'ן ערליכן וועג‪ ,‬וועלן מיר אלע האבן דער זכי' בקרוב ממש מיט'ן‬ ‫לרגל אירוסי בתו תחי'‬ ‫אויבערשטן'ס הילף‪ ,‬מתוך שמחה ומתוך נחת וועלן מיר האבן די זכי' אלע שוין‬ ‫מו"ה יקותיאל מיכל פריעדמאן הי"ו (ק"י)‬ ‫צו זען התגלות כבוד מלכותו יתברך‪ ,‬בביאת משיח בן דוד‪ ,‬במהרה דידן אמן‪.‬‬ ‫לרגל נשואי בתו תחי'‬