שבת טיש מעשה - אידיש · Shabbos Tish Ma'aseh - Yiddish — וירא (2026-10-26)

פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
א מעשה ביים
4 שבת טיש
די ברית האט געראטעוועט
יארן צוריק ,אין שפאניע האט געוואוינט א צדיק ,דון יצחק
אברבנאל .ער איז געווען זייער קלוג ,און דער קעניג האט
אים ליב געהאט .דער שפאנישער קעניג פלעגט אים
געטרויען מיט אלע געהיימע פאפירן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 1
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
אין פאלאץ זענען געווען שלעכטע שרים וואס האבן פיינט
געהאט דון יצחק .זיי האבן געזוכט א פלאן וויאזוי אים
אונטערצוברענגען.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 2
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
די שרים האבן באפעלט דון יצחק'ס באדינער צו
שטילערהייט ארויס גנב'נען די געהיימע פאפירן פון דון
יצחק'ס שאפע.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 3
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
שטילערהייט האט דער באדינער גענומען די פאפירן און זיי
געברענגט צו די שרים אן דון יצחק זאל וויסן.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 4
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
די שרים זענען געלאפן צום קעניג" .דון יצחק פארשפרייט
די סודות פונעם קעניג ,ער היט זיי נישט! קוק וואס מיר
האבן געטראפן!" האבן זיי געזאגט ליגנט .דער קעניג האט
זיי געגלייבט און איז געווארן זייער אויפגערעגט.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 5
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
דער קעניג האט געשריבן א פארמאכטן בריוו און עס
געגעבן פאר דון יצחק איבערצוגעבן פאר די ארבעטער
פונעם קאלך־אויוון .אינעווייניג איז געשטאנען" :דעם
מענטש וואס ברענגט דעם בריוו זאלט איר אריינווארפן אין
קאלך אויוון!"
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 6
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
אויפן וועג האט א איד אפגעשטעלט דון יצחק אברבנאל:
"מיין ניי געבוירענער יונגל ווערט 8טעג אלט .היינט דארף
זיין די ברית ,און איך קען נישט טרעפן קיין מוהל .ביטע,
קום זיין דער מוהל!"
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 7
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
דון יצחק האט איבערגעגעבן דעם בריוו פאר זיין באדינער:
"טראג עס שנעל צום קאלך־אויוון ארבעטער .איך וועל דיר
אי"ה נאכקומען נאכן מל'ן דעם קינד ".דער באדינער איז
געגאנגען טראגן דעם בריוו ,און דון יצחק איז געגאנגען
מאכן די ברית.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 8
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
דון יצחק האט געמאכט די ברית און איז געבליבן אויף דער
סעודת מצוה .ער האט נאך נישט געוואוסט אז די מצוה
האט געראטעוועט זיין לעבן!
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 9
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
דער באדינער האט איבערגעגעבן דעם בריוו צום ארבעטער
ביים קאלך־אויוון.
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 10
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
דער ארבעטער האט עס געלייענט און געטראכט אז דער
באדינער איז דער מענטש מיטן בריוו דערפאר דארף מען
אים אריינווארפן אין דעם קאלך־אויוון! דער באדינער האט
געשריגן איידער מען האט אים געהרג'עט אז ער האט
געגנב'עט דון יצחק'ס פאפירן!
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 11
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
נאך דער סעודת מצוה איז דון יצחק אנגעקומען צום
קאלך־אויוון .דער ארבעטער האט אים דערציילט אז ער
האט שוין אויסגעפירט וואס עס איז געשטאנען אויף דעם
פארמאכטן בריוו .אויך האט ער געזאגט אז דער באדינער
האט דערציילט איידער מען האט אים געהרג'עט אז ער
האט געגנב'עט זיינע באהאלטענע פאפירן .יעצט האט דון
יצחק פארשטאנען אז די ברית האט אים געראטעוועט!
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 12
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
דון יצחק איז צוריקגעקומען צום קעניג און האט אים
דערציילט דעם גאנצן אמת .דער קעניג האט געזען ווי דער
אייבערשטער האט געהיטן דון יצחק ,און פון דאן האט ער
אים נאך מער ליב געהאט .פון טון דעם רצון השם קען מען
קיין שאדן נישט האבן!!
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 13
פרשת וירא תשפ״ז בס"ד
די ברית האט געראטעוועט
מיר ווילן זיך זייער באדאנקען פאר אלע וואס האבן איבערגעלאזט גריסן און
פידבעק .עס גיבט אונז אסאך חיות און כח אנצוגיין ווייטער.
יישר כח אויך פאר אלע וואס מאכן קאפיעס פונעם גיליון .עס איז פאר אונז א
גרויסע זכי'! מיר בעטן נאר אז ווען מען מאכט קאפיעס ,זאל מען ביטע זיכער
מאכן אז:
די לעצטע בלאט ,וואס האט אונזער אינפארמאציע ,ווערט אויך
מיטגעגעבן.
א גרויסן יישר כח!
פאר סיי וועלכע שאלות אדער הערות ,אדער אויב איר ווילט
ארויסהעלפן מיט די הוצאות פון ארויסגעבן די ביכער ,קענט איר
אונז שטענדיג שיקן א טעקסט אדער איבערלאזן א וואויסמעסעיל
ביי:
(718) 635-0616
צו ארויפשרייבן אויף די ליסטע עס צו באקומען אטאמאטיש יעדע זונטאג 9
אזייגער אויף אימעיל ,קענט איר שיקן אן אימעיל צו
shabbostishmasa@zohomail.comמיט דעם ווארט ""subscribe
© 2026 All rights reserved.
א מעשה ביים שבת טיש 14
