gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — וירא (2026-10-26)

מוציא לאור: סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish

שבוע: וירא (2026-10-26)

סאטמאר שבת טיש - אידיש · Satmar Shabbos Tish - Yiddish — וירא (2026-10-26)

פתח את ה-PDF הורדה

‫ב"ה‪ .‬גליון ד' ‪ -‬פ' וירא תשפ"ז לפ"ק‬ ‫היימישער "שבת טיש" שמועס צווישן‬ ‫אונזער טאטע שליט"א‪ ,‬אונזערע ברודערס‪,‬‬ ‫'ליפא' (ישיבה גדולה) אונזער 'יואל'יש'‬ ‫(יעצט אנגעהויבן כיתה ט') און פון 'זלמן‬ ‫לייב' וואס גייט שוין ב"ה אין כיתה ו'!‬ ‫ר' שמעון‪ :‬אזא פיינע סעודה דא ביי אזא ווארימע שטוב ‪ ,‬עס איז ממש צום באוואונדערן די גאסט פריינדליכקייט פון די סאטמאר'ע אידן‪ ,‬ר' משה איר‬ ‫האט מזל אז איר האט מיר איינגעלאדענט שוין פרייטאג אינדערפרי‪ ,‬ווייל פון דעמאלט'ס ביז יעצט האב איך שוין געהאט די מעגליכקייט צו גיין צו נאך‬ ‫זיבן הייזער‪ ,‬אפילו נאך יעצט נאך קבלת שבת האבן מיר נאך ‪ 2‬אידן געלאדענט! איך האב מיר געמוזט פארענטפערן אז איך האב שוין ב"ה ווי צו עסן‪...‬‬ ‫טאטע‪ :‬אדרבה‪ ,‬איר האט אליינס געמאכט דעם אויסוואל צו קומען ביי אונז אין שטוב‪ ,‬אבער באמת האט איר אונז געטון די טובה‪ ,‬ווייל מיר ווילן נישט‬ ‫מוותר זיין אויף די מצוה פון הכנסת אורחים‪ ,‬ובפרט פ' וירא!‬ ‫יואל'יש‪ :‬אברהם אבינו ווען ער האט גערעדט צו די דריי מלאכים האט ער זיי איינגעלאדענט אין געבעטן צו קומען עסן א שטיקל ברויט‪ ,‬און ער האט‬ ‫צוגעלייגט 'אחר תעבורו'‪ ,‬אז נאכדעם וועט עטס ווייטער גיין‪ ,‬לכאורה פאסט דאך ענדערש צו זאגן פאר א גאסט אז ער וועט זיך קענען אפרוען נאכן‬ ‫עסן‪ ,‬נישט אים צו אוועקשיקן תיכף נאכן עסן?!‬ ‫טאטע‪ :‬גוט געפרעגט‪ ,‬דו דערמאנסט מיר א מעשה‪ ,‬דער בעלזער רב הרה"ק ר' ישכר דוב זצ"ל האט נאך די ערשטע וועלט מלחמה זיך אויפגעהאלטן‬ ‫א שטיק צייט אין די שטאט האלאשיץ‪ ,‬און דער רבי זי"ע איז געווען אונטערוועגנס‪ ,‬און אינמיטן וועג איז דער רבי אדורכגעפארן דעם שטאט האלאשיץ‪,‬‬ ‫און דער רבי האט געוואלט אריינגיין צום בעלזא'ער רב‪ .‬ווען דער רבי איז אריינגעקומען האט אים דער בעלזא'ער רב געזאגט‪ ,‬אז בעצם נעמט ער נישט‬ ‫אויף קיין מענטשן צווישן מנחה און מעריב‪ ,‬אבער היות דער אורשיווער רב איז א גאסט וואס איז אונטערוועגנס וואס יאגט זיך אויפן וועג במילא האט‬ ‫ער מסכים געווען אים אויפצונעמען‪.‬‬ ‫דער בעלזא רב האט צוגעלייגט‪ ,‬אז דאס איז מדוייק אין פסוק פון אברהם אבינו "ואקחה פת לחם וסעדו לבכם אחר תעבורו"‪ ,‬לכאורה פאסט דאך‬ ‫נישט צו זאגן פאר קיין גאסט‪ ,‬אז נאכן עסן זאלט עטס שוין אוועקגיין‪ ,‬אזוי ווי די ביזט טאקע מדייק‪ ,‬אבער באמת איז דאס א חלק פונעם הכנסת אורחים‪,‬‬ ‫אז אויב זעט מען אז דער גאסט יאגט זיך זאל מען אים נישט אויפהאלטן‪ ,‬נאר זען אז ער זאל קענען גיין ווייטער‪ ,‬במילא האט אברהם אבינו געזאגט פאר‬ ‫זיינע געסט "אחר תעבורו"‪ ,‬עטס קענטס שוין גיין‪ ,‬איך וועל ענק נישט אויפהאלטן!‬ ‫ר' שמעון‪ :‬יעצט איז במילא שבת‪ ,‬איך יאג זיך נישט אין ערגעץ‪...‬‬ ‫טאטע‪ :‬אהא‪ ...‬איר מיינט אז דאס איז א באהאלטענער רמז פאר געסט‪ ...‬הערט נאר די מעשה ווייטער‪ ,‬האט דער רבי געענטפערט פארן בעלזא'ער‬ ‫רב א צווייטער פשט‪ ,‬דער כוונה פון אברהם איז געווען‪ ,‬אז בשעת מען קומט צו א צדיק נעמט מען דאך שיריים פון דאס עסן פונעם צדיק‪ ,‬און מען‬ ‫באקומט דורכדעם השפעות‪ ,‬אבער ווען מען פארט אוועק לאזט מען אסאך מאל דארט איבער די השפעות‪ ,‬האט אברהם אבינו געוואלט זאגן פאר די‬ ‫מלאכים‪" ,‬וסעדו לבכם"‪ ,‬איך וועל ענק שטארקן דעם הארץ‪" ,‬אחר תעבורו" און דאס וועט בלייבן ביי ענק אפילו ווען עטס וועטס אוועקגיין פון דא‪...‬‬ ‫במילא דער 'אחר תעבורו' מוז נישט זיין קיין סימן פון אוועקגיין פרי!‬ ‫ליפא‪ :‬די וועלט זאגט א ווערטל‪ ,‬עס איז געווען א גאסט וואס איז געזיצן שבת ביינאכט נאך די סעודה א לענגערע צייט‪ ,‬דער בעל הבית האט שוין‬ ‫געוואלט גיין שלאפן אבער דער גאסט האט נישט פארשטאנען קיין רמזים‪ ,‬ביז דער בעל הבית האט זיך אויפגעשטעלט און געעפנט דעם פענסטער‪ ,‬עס‬ ‫איז געווען א פראסטיגער ווינטער נאכט‪ ,‬שניי ברעקלעך איז ארומגעפלויגן‪ ,‬א קעלט האט ארומגענומען דעם גאנצן שבת שטוב‪ ,‬רופט זיך דער גאסט‬ ‫אן‪" ,‬ערעב איד‪ ,‬איך בין ב"ה פיין באקוועם וויאזוי עס איז געווען ביז יעצט‪ ,‬צו וואס פעלט אויס צו עפענען דעם פענסטער???‬ ‫רופט זיך אן דער בעל הבית‪" :‬נע‪ ,‬דאס איז א מנהג מקובל פון מיינע עלטערן‪ ,‬אז ‪ 10‬מינוט פאר א גאסט גייט אהיים עפנט מען דעם פענסטער‪"...‬‬ ‫ר' שמעון‪ :‬יא‪ ,‬איך קען אייך קלאר עדות זאגן מבשרי אחזה‪ ,‬אז עס איז נישט קיין קלייניגקייט דער וועג וויאזוי מען איז מקיים די מצוה פון הכנסת‬ ‫אורחים‪ ,‬דער עיקר איז צו מאכן פילן באקוועם און היימיש דעם גאסט‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬מיין טאטע שליט"א דערמאנט אונז אייביג די טייטש פון צדיקים אויף די משנה אין מסכת אבות "ויהיו עניים בני ביתך"‪ ,‬פשוט פשט מיינט עס‬ ‫אז מען זאל ארייננעמען געסט צו זיך אין שטוב‪ ,‬אבער צדיקים האבן מוסיף געווען אז דאס מיינט‪ ,‬אז די עניים זאלן זיך פילן ווי די אייגענע בני בית וואס‬ ‫פילן זיך זייער היימיש!‬ ‫ר' שמעון‪ :‬מען פארציילט אז דער הייליגער ראפשיצער רב איז אמאל געפארן צום חוזה פון לובלין‪ .‬אינמיטן וועג איז ער אריין אין אן אכסניא און געבעטן‬ ‫פונעם בעל הבית עפעס צו עסן‪ ,‬אבער דער בעל הבית האט אים נישט געוואלט געבן‪ ,‬ער האט אים נישט געקענט בכלל‪ .‬דערנאך איז דער ראפשיצער‬ ‫רב אנגעקומען קיין לובלין‪ .‬נאך אפאר טעג איז דער חוזה פון לובלין געפארן צוזאמען מיטן ראפשיצער רב אויפן זעלבן וועג און אנגעקומען צו די זעלבע‬ ‫אכסניא‪ .‬און וויבאלד דער בעל אכסניא האט שוין יא געהאט געהערט פונעם חוזה פון לובלין‪ ,‬במילא האט ער צוגעגרייט א הערליכע סעודה אויף א‬ ‫שיינעם טאץ‪.‬‬ ‫ווי נאר דער בעל הבית האט געוואלט אריינטראגן דעם טאץ האט דער ראפשיצער רב געגעבן אזא שטופ דעם טאץ און אלעס האט זיך איבערגעדרייט!‬ ‫דער בעל הבית האט געמיינט דאס איז א טעות אולי משגה הוא האט ער נאכאמאל אנגעגרייט א טאץ‪ ,‬אבער דער ראפשיצער רב האט עס נאכאמאל‬ ‫איבערגעדרייט! דער חוזה האט דאך געוויסט אז דער ראפשיצער רב טוט דאס נישט אומזיסט‪ ,‬האט ער געשמייכלט און געפרעגט דעם ראפשיצער רב‬ ‫וואס דאס מיינט‪ ,‬האט דער ראפשיצער רב געענטפערט ווי פאלגענד‪:‬‬ ‫"עס איז מיר תמיד קשה געווען די מעשה פון פ' וירא‪ ,‬די תורה רופט אן אברהם אבינו "בעל מכניס אורח"‪ ,‬אבער באמת זיין פלימעניק לוט האט דאך‬ ‫אויך אריינגענומען געסט‪ ,‬און ער האט זיך אליינס מטריח געווען צו באקן די מצות‪ ,‬און פארוואס ווער ט נישט לויט פאררעכנט ווי א מכניס אורח?! נאר‬ ‫אברהם האט אריינגענומען אלע מיני געסט‪ ,‬אפי' געסט וועמען ער האט פאררעכנט אלס אראבער'ס‪ ,‬אבער לוט‪ ,‬ער האט נאר אריינגענומען מלאכים‪,‬‬ ‫מלאכים וויל יעדער ארייננעמען! דאס זעלבע איז דא געווען‪ ,‬דער בעל אכסניא אונזערער‪ ,‬פאר מיר האט ער גארנישט געוואוסט אז ער דארף בכלל‬ ‫געבן עפעס צו עסן‪ ,‬אבער פארן רבי'ן גרייט ער אן א גרויסע סעודה!"‬ ‫טאטע‪ :‬עס איז מיר זייער אינטערעסאנט דער עובדא וואס איר זאגט אונז‪ ,‬וווייל פונקט דאס זעלבע ווארט האב איך די וואך געזעהן פונעם בית הלוי‬ ‫פון בריסק זצ"ל! א חסידיש‪ -‬ליטוויש ווארט‪ ...‬איך האב אמאל געהערט פון א גרויסן תלמיד חכם א געדאנק‪ ,‬אז ווען א ווארט ווערט נאכגעזאגט דאס‬ ‫זעלבע סיי פון א ליטווישער און סיי פון א חסידישער גדול איז עס א סימן אז דאס איז תורה לשמה!‬ ‫זלמן לייב‪ :‬מיין רבי האט טאקע די וואך אויך זייער ענליך פארציילט אויף הרה"ק רבי זושא פון אניפאלי זי"ע‪ ,‬וואס ער פלעגט – ווי באקאנט ‪ -‬יארן‬ ‫לאנג גיין אין פארשידענע שטעט צו ליידן גלות‪ ,‬אנגעטון ווי א פשוט'ער ארימאן‪ .‬איין מאל איז ער אנגעקומען צו א רייכן בעל הבית און וויבאלד ער‬ ‫האט אויסגעזען ווי א פשוטער בארפוסיגער קבצן האט דער בעל הבית אים אפילו נישט געוואלט אריינלאזן אין שטוב‪ ,‬ער האט אים נישט מכבד געווען‪,‬‬ ‫נאר מיט ביטול ארויסגעטריבן אין דער קעלט‪ .‬יארן שפעטער‪ ,‬ווען דער רבי ר' זושא איז שוין געווען באקאנט אלס וועלטס‪-‬צדיק און מנהיג‪ ,‬איז ער‬ ‫געפארן באזוכן יענעם געגנט מיט גרויס כבוד מיט א שיינעם וואגן און בהמות דערצו צוגעשפאנט‪ ,‬און דער רייכער בעל הבית‪ ,‬וואס האט געהערט אז‬ ‫א גרויסער צדיק קומט אין שטאט‪ ,‬איז געלאפן אים באגעגענען און האט זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל קומען איינשטיין ביי אים אין שטוב‪ .‬ער האט‬ ‫אנגעגרייט א סעודה מיט די בעסטע מאכלים‪ ,‬פלייש און וויין‪ ,‬און עס דערלאנגט צום טיש‪ .‬אבער צו זיין גרויס פארוואונדערונג‪ ,‬אנשטאט אליינס צו‬ ‫עסן‪ ,‬האט דער רבי ר' זושא די צדיקים גענומען אלע מאכלים‪ ,‬ארויסגעגאנגען אין הויף צום שטאל‪ ,‬און דאס אלעס אריינגעווארפן פאר די בהמות צו‬ ‫עסן!‬ ‫דער בעל הבית איז געווארן שאקירט און דערשראקן‪ ,‬און געפרעגט מיט טרערן‪" :‬רבי פארוואס טוט איר דאס?" האט אים דער רבי ר' זושא געענטפערט‬ ‫מיט א שמייכל‪" :‬מיט עטליכע יאר צוריק בין איך שוין געווען ביי דיר אין שטוב‪ .‬אבער דעמאלט‪ ,‬ווען איך בין געקומען צופוס אן קיין בהמות צוגעשפאנט‬ ‫צום וואגן‪ ,‬האסטו מיר ארויסגעטריבן מיט חרפות‪ .‬דאס מאל האבן מיר מיט אונז פערד‪ ,‬א וואגן און שיינע מלבושים‪ ,‬קומט דאך אויס‪ ,‬אז דאס וואס דו‬ ‫ביזט אונז היינט אזוי מכבד מיט א סעודה‪ ,‬איז נישט פאר אונז – נאר פאר די בהמות וואס פירן דעם שיינעם וואגן! נו‪ ,‬גיבן מיר די סעודה פאר דעם‬ ‫וועמען עס קומט טאקע‪ :‬פאר די בהמות!‬ ‫ליפא‪ :‬אין אנדערע ווערטער‪ ,‬אדער טוט מען עס ריכטיג‪ ,‬מען מאכט מען יעדן גאסט היימיש‪ ...‬אדער טוט מען עס נאר פאר די חשובים‪ ,‬ווען עס קומען‬ ‫מיט די די בהמות און וואגן‪ ,‬אבער דאן איז עס שוין בהמי'ש‪...‬‬ ‫ר' שמעון‪ :‬דער אהבת שלו' פון קאסוב פלעגט צולייגן דערויף‪ ,‬אז דאס זאגן די חז"ל‪" ,‬גדולה הכנסת אורחים"‪ ,‬עס איז גרויס די מצוה פון ארייננעמען‬ ‫סתם אורחים‪ ,‬אפי' פשוט'ע געסט‪" ,‬יותר מקבלת פני השכינה"‪ ,‬מער ווי איינער וואס נעמט נאר אריין תלמידי חכמים וואס זענען דומה צו די שכינה‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬קודם זעה איך דערפון אז איר זענט א תלמיד חכם!‬ ‫ר' שמעון‪ :‬איך האב מורא אז באלד וועט איר מיר שוין נישט רופן‪ ...‬נע‪ ...‬ס'נאר א ווערטל‪...‬‬ ‫טאטע‪ :‬מען זעט טאקע נאך מער די חשיבות פון הכנסת אורחים אין די פרשה‪ ,‬ווייל פונקט אזוי שטארק ווי אברהם אבינו האט מקיים געווען הכנסת‬ ‫אורחים‪ ,‬אזוי שטארק פארקערט זענען די מענטשן פון סדום געווען טאקע קעגן די מצוה פון הכנסת אורחים‪.‬‬ ‫יואל'יש איך קען דיר פרעגן א שאלה? ווי נאך אין די תורה‪ ,‬נישט אין סדר בראשית‪ ,‬ווערט דערמאנט די איבערדרייען פון סדום‪ ,‬אויסער אין אונזער‬ ‫פרשה?‬ ‫יואל'יש‪ :‬טאטי‪ ,‬גראדע ווייס איך דעם ענטפער פון חדר!‬ ‫מיין רבי אין חדר האט נאכגעזאגט דעם רמב"ן וואס דער רבי זי"ע ברענגט עטליכע מאל אין ויואל משה‪ ,‬אז די הארבקייט פון די מענטשן פון סדום‬ ‫ועמורה איז געווען‪ ,‬ווייל זיי האבן געטאן די אלע עבירות אין ארץ ישראל‪ ,‬וואס דאס איז דער פלטרין של מלך דער פאלאץ פונעם קעניג‪ ,‬פאר דעם זעט‬ ‫מען אז אסאך אנדערע פעלקער וואס האבן אויך זיך שלעכט אויפגעפירט האט מען זיי אבער נישט איבערגעדרייט‪ ,‬נאר דוקא סדום ועמורה‪ ,‬ווייל זיי‬ ‫האבן געוואוינט אין ארץ ישראל! און ווען אידישע קינדער זענען אריינגעקומען אין ארץ ישראל זעהט מען טאקע אין די תורה אין פ' נצבים אז משה‬ ‫רבינו האט זיי קודם דערמאנט די מהפיכה פון סדום ועמורה‪ ,‬זיי צו דערמאנען אז אין ארץ ישראל דארף מען זיך אויפפירן גאר ערליך!‬ ‫טאטע‪ :‬אפילו אויף דעם אופן ווי אברהם אבינו האט מתפלל געווען אויף די אנשי סדום‪ ,‬ערקלערט דער רבי אין א לענגערע שלש סעודות תורה (לך‬ ‫תשי"ז) אז אברהם אבינו איז דוקא ארויסגעגאנגען אינדרויסן אויף א פלאץ ווי קיינער געפינט זיך נישט אין פעלד‪ ,‬ווייל אברהם אבינו האט נישט געוואלט‬ ‫אז מענטשן זאלן הערן ווי ער איז מתפלל אויף רשעים‪ ,‬ווייל דורכדעם קען מען צוקומען צו ווערן נאכגעשלעפט נאך זייערע שלעכטע מעשים‪ ,‬ווי דער‬ ‫רבי שמועסט דאס שיין אויס אין ויואל משה אז די אלע צדיקים וואס האבן מליץ יושר געווען אויף אידן איז דאס נאר געווען בינם לבין קונם‪ ,‬אבער פאר‬ ‫אידן אליינס האט מען יא מוסר געזאגט‪ .‬נישט פארקערט‪.‬‬ ‫ר' שמעון‪ :‬געוויסע כאפן זיך ליידער אן אויף א מעשה וואס מען זאגט נאך‪ ,‬אז דער הייליגער קדושת לוי זי"ע האט געטראפן דעם בעל עגלה שמירן די‬ ‫רעדער אינדרויסן פון בית המדרש אינמיטן שחרית אנגעטון מיט טלית און תפילין‪ ,‬און ער האט אויפגעהויבן די הענט צום הימל מיט א מליצה ישרה‪:‬‬ ‫"ב אשעפער קוק אן דיינע קינדער ווי וואויל זיי זענען‪ ,‬אפילו אינמיטן שמירן די רעדער דאווענען זיי פאר דיר"! אזוי דארף צו גיין דער מעשה‪ ,‬און כאילו‬ ‫מען דארף צו זעהן דערפון אז אין יעדן פאל דארף מען מלמד זכות זייין אויף אידן וואס טוען נישט ערליכע זאכן‪.‬‬ ‫דוכט זיך מיר‪ ,‬אז ווען מען האט פארציילט די מעשה אין אנוועזענהייט פון רבי'ן איז ער געווארן זייער צעקאכט און מוסיף געווען‪ ,‬נניח אז דער מעשה‬ ‫איז אמת‪ ,‬דארף מען עס דערציילן אביסעלע אנדערש‪ ,‬דער הייליגער בארדיטשובער האט דערלאנגט פארן בעל עגלה א געזונטער פסק און אים געהייסן‬ ‫שוי ן אריינגיין אין ביהמ"ד‪ ,‬און ווען ער איז שוין נישט דארט געווען האט ער געזאגט דעם שיינעם מליצה!‬ ‫ליפא‪ :‬איך טראכט אויב מען קען מוסף זיין בדרך צחות‪ ,‬אז רש"י די וואך אויפן פסוק 'הנה נא הואלתי' (י"ח‪-‬לא) זאגט רש"י 'רציתי כמו ויואל משה'‬ ‫אז אברהם האט טאקע געוואלט מתפלל זיין אויף די אנשי סדום‪ ,‬אבער‪ ,‬נאר לויט די שיטה וואס עס איז מבואר אין ספה"ק ויואל משה‪...‬‬ ‫זלמן לייב‪ :‬מיין רבי האט נאכגעזאגט פון רבי'ן נאך א טעם פארוואס דער אויבערשטער האט איבערגעדרייט סדום דוקא אין יענעם טאג ווען לוט איז‬ ‫געווארן א שופט‪ ,‬לויט ווי דער רבי ברענגט פונעם ספר 'עקידה' אז דער עיקר עבירה פון סדום איז געווען אז זיי האבן אוועקגעשטעלט געזעצן פאר אלע‬ ‫זייערע רשעות‪ ,‬ווייל סתם אזוי ווען איינער טוט א שלעכטע זאך קען ער נאך תשובה טאן‪ ,‬אבער אויב זאגט ער אז עס איז א "חוק"‪ ,‬א קלאר‬ ‫אראפגעשטעלטע געזעץ‪ ,‬דעמאלטס וועט ער זיכער נישט תשובה טאן‪.‬‬ ‫אבער דערנאך האבן זיי צוגעלייגט נאך א ערגערע זאך‪ ,‬אז זיי האבן אויפגענומען אויך לוט פאר א שופט‪ ,‬און לוט איז דאך געקומען פון אברהם אבינו'ס‬ ‫הויז‪ ,‬האט ער גוט געקענט די תורה‪ ,‬און מען זעט אז ער האט געוויסט אפילו פון באקן מצות‪ ,‬לוט האט אנגעהויבן צו אריינלייגן די געזעצן פון סדום אין‬ ‫די תורה‪ ,‬האט דער אויבערשטער געזאגט שוין זאל דאס איבערגעדרייט ווערן‪ ,‬אין קיין איין מינוט זאל נישט שטיין קיין סדום על פי תורה‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬דער רבי פלעגט אויך נאכזאגן פון הרה"ק ר' ברוך'ל גארליצער זי"ע דעם הייליגן דברי חיים'ס זון‪ ,‬אז דאס וואס דער פסוק זאגט 'אם אמצא‬ ‫בסדום חמישים צדיקים'‪ ,‬אויב עס איז דא ‪ 50‬צדיקים וועט מען נישט איבערדרייען סדום‪ ,‬ווייל אויב איז דא דארט פופציג רבי'ס – מיט זייערע משב"ק‪,‬‬ ‫עסקנים‪ ,‬סדרנים‪ ,‬און פאטאגראפירער ‪ -‬וועט זיך שוין די שטאט איבערדרייען פון זיך אליינס‪ ...‬א געהעריגע קריזיס אין מיטל מזרח‪ .‬דער אויבערשטער‬ ‫וועט נישט מוזן שיקן קיין מלאכים פון הימל עס איבערדרייען‪.‬‬ ‫ליפא‪ :‬איך האב טאקע צופעליג געזעהן אין איינע פון די צעטלעך וואס זענען געווען פארשפרייט די וואך אין א קאמפיין קעגן די בחירות אין די מדינה‪,‬‬ ‫אז דער רבי זי"ע שרייבט אין די הקדמה פון ויואל משה אז דער אבן עזרא זאגט אויפ'ן פסוק "בתוך העיר"‪ ,‬אז די צדיקים האבן געדארפט זיין ברבים‬ ‫בתוך העיר‪ ,‬צו אויסשרייען דעם דבר ה' בפרהסיא אז יעדער זאל וויסן דערפון‪.‬‬ ‫טאטע‪ :‬יא‪ ,‬דער רבי לייגט צו דארט‪ ,‬אז אויף די סארט צדיקים וואס האבן מורא צו ארויסזאגן דעם אמת האט אברהם אבינו אפילו נישט געבעטן אז‬ ‫זייער זכות זאל מגין זיין ! ווייל כדאי צו קענען באשיצן‪ ,‬דארף דער אמת ארויסגעזאגט ווערן בפרהסיא‪ ,‬און אפילו עס טוט נישט אויף אזוי ווייט‪.‬‬ ‫דער רבי ענדיגט צו דעם שטיקל דארט‪ ,‬אז אין סדום איז געווען א מורא'דיגע נסיון צו אויסזאגן דעם אמת‪ ,‬ווי מען זעהט דאך אז מען האט געפייניגט‬ ‫דאס יונג מיידל וואס האט געגעבן ברויט פאר אן ארימאן‪ ,‬און ארומגערינגלט לוט'ס הויז פארן מקיים זיין מצות הכנסת אורחים‪ ,‬און מען האט אפי'‬ ‫געוויסט אז עס העלפט בכלל נישט אויב מען רעדט צו זיי דברי מוסר‪ ,‬און נאכאלץ דארף מען ארויסזאגן דעם אמת מיט א שטארקייט!‬ ‫נו‪ ,‬יואל'יש הויב אן "צור משלו"‪ ,‬און דערביי כאפ א בלי ק אין די טייטש פון די זמירות‪ ,‬עס שטייט דארט וואס אברהם אבינו האט געטאן‪ ,‬ער פלעגט‬ ‫געבן צו עסן פאר געסט‪ ,‬און ווען מען האט אים געוואלט באצאלן פלעגט ער זאגן 'לויבטס דעם אויבערשטן וואס האט באשאפן ענק מיט די עסן'‪ ,‬דאס‬ ‫איז מיין באצאלט!‬ ‫ממש ווי אינעם ניגון‪" :‬צור משלו אכלנו ברכו אמוני‪ ,‬שבענו והותרנו כדבר ה '‪ ,‬על כן נודה לשמו ונהללו בפינו אין קדוש כה'"!‬ ‫פאר הערות אדער צו באקומען וועכנטליך דעם גליון דורך אימעיל שיקט א אימעיל צו‪:‬‬ ‫‪Thesatmartish@gmail.com‬‬