gilyoines.com חזרה לאתר · Back to the site

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — חיי שרה (2026-11-02)

מוציא לאור: אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive

שבוע: חיי שרה (2026-11-02)

אמרי מנחם שינאווא · Imrei Menachem Shinive — חיי שרה (2026-11-02)

פתח את ה-PDF הורדה

‫קונטרס‬ ‫אמרי מנחם‬ ‫דברי תורה וסיפורי קודש‬ ‫מאת כבוד קדושת מרן‬ ‫רבינו אברהם מנחם מענדל וואגשאהל זי"ע‬ ‫אדמו"ר משינאווא‬ ‫חיי שרה‬ ‫גליון קס"ה ‪ -‬שנה ד' ‪ -‬שנת תשפ"ז לפ"ק‬ ‫· אידיש ·‬ ‫יו"ל ע"י‬ ‫כל הזכויות שמורות‬ ‫בס"ד‬ ‫להערות והארות‪:‬‬ ‫‪845.459.5954‬‬ ‫‪zy‬‬ ‫לקבלת הקונטרס מדי שבוע‪:‬‬ ‫‪mechonshinova@gmail.com‬‬ ‫צו הערן די‬ ‫דברי כיבושין והתחזקות‬ ‫רופט ‪718-400-7790‬‬ ‫מודעה חשובה‬ ‫מי שרוצה ליקח חלק‬ ‫בההוצאות הגליונות‬ ‫לרגל שמחה משפחתית‪ ,‬יארצייט‪ ,‬וכדו'‬ ‫נא לפנות אל המכון‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫וְ ַא ְב ָר ָהם זָ ֵקן ָּבא ַּב ָ ּי ִמים וַ ה' ֵּב ַר ְך ֶאת ַא ְב ָר ָהם ַּב ּכֹל‪.‬‬ ‫א) רש"י זאגט‪" :‬בכל עולה בגימטריא בן‪ ,‬ומאחר שהיה לו בן היה‬ ‫צריך להשיאו אשה" – דער אייבערשטער האט געבענטשט‬ ‫אברהם מיט א זון‪ ,‬און דערפאר האט ער געזוכט אים א שידוך צו טון‪.‬‬ ‫לכאורה‪ ,‬דער יצחק איז דאך שוין אלט געווען פערציג יאר‪ ,‬נו‪,‬‬ ‫פארוואס האט זיך אברהם פונקט יעצט דערמאנט אז ער האט א 'בן‬ ‫וצריך להשיאו אשה'?‬ ‫ב) די גמרא זאגט (קידושין לב‪" :):‬אין זקן אלא מי שקנה חכמה" – וואו‬ ‫עס שטייט דאס ווארט 'זקן' מיינט עס‪ ,‬אז ער האט קונה געווען‬ ‫'חכמה'‪ .‬לכאורה‪ ,‬דא ביי אברהם זעט דאך אויס נישט אזוי‪ ,‬ווייל דער‬ ‫פסוק זאגט דאך דא קלאר 'בא בימים'‪ ,‬אז די 'זקנה' איז געווען צוליב‬ ‫די פילע יארן וואס ער האט געלעבט אויף דער וועלט – נישט צוליב‬ ‫די 'חכמה' וואס ער האט קונה געווען? אויך דארף מען פארשטיין‬ ‫דעם דיוק הלשון 'קנה חכמה'‪ ,‬פארוואס איז ער מדגיש דעם ענין פון‬ ‫'קנין'‪ ,‬און ער זאגט נישט 'זה שלמד חכמה'?‬ ‫ג) דער מדרש (ב"ר נט‪ ,‬א) שטעלט דא צו דעם פסוק (משלי טז‪ ,‬לא)‪ֲ :‬‬ ‫"ע ֶט ֶרת‬ ‫ׂ‬ ‫יבה ְ ּב ֶד ֶר ְך ְצ ָד ָקה ּ ִת ָּמ ֵצא" – דער קרוין און שיינקייט‬ ‫ּ ִת ְפ ֶא ֶרת ֵש ָ‬ ‫פון די עלטערע יארן‪ ,‬קומט דורכן וועג פון צדקה‪ .‬דארף מען‬ ‫פארשטיין וואס מיינט דאס דער 'דרך צדקה'?‬ ‫ׂ ֹ‬ ‫תו ֶת ָ‬ ‫יך‪,‬‬ ‫ית ִמ ְ ּבנֵ י ָא ָדם ה ּו ַצק ֵחן ְ ּב ִש ְפ‬ ‫ד) דער מדרש זאגט (ב"ר נט‪ ,‬ה)‪" :‬יָ ְפיָ ִפ ָ‬ ‫נתייפית בעליונים נתייפית בתחתונים" – אברהם אבינו האט‬ ‫שיין אויסגענומען סיי אויבן און סיי אונטן‪ .‬דארף מען פארשטיין די‬ ‫כוונה פונעם מדרש?‬ ‫ׁ‬ ‫ה) אין פרשת וירא שטייט (בראשית יח‪ ,‬יט)‪ִּ :‬‬ ‫"כי יְ ַד ְע ּ ִתיו ְל ַמ ַען ֲא ֶשר יְ ַצ ֶ ּוה‬ ‫ׁ‬ ‫ֹׂ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֶאת ָ ּבנָ יו וְ ֶאת ֵ ּביתו ַא ֲח ָריו וְ ָש ְמר ּו ֶ ּד ֶר ְך ה' ַל ֲעשות ְצ ָד ָקה ּו ִמ ְש ּ ָפט"‬ ‫ג‬ ‫– אברהם אבינו האט געהייסן פאר זיינע קינדער און בני בית צו טון‬ ‫צדקה און משפט‪ .‬דער ענין פון 'משפט' גייט בפשטות ארויף אויף‬ ‫אלע 'משפטי התורה'‪ ,‬נו אויב אזוי‪ ,‬פארוואס איז ער מדגיש 'צדקה'‬ ‫באזונדער? 'צדקה' איז דאך איינע פון די מצוות התורה‪ ,‬איז עס דאך‬ ‫שוין נכלל אין 'משפט'?‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫ו) רש"י זאגט (שבת קנו‪" :).‬צדקה לעניים דקרי ליה מצוה בכל לשון‬ ‫אגדה" – אין גאנץ ש"ס‪ ,‬ווען עס שטייט סתם 'מצוה'‪ ,‬מיינט‬ ‫עס 'צדקה'‪ .‬דארף מען פארשטיין‪ ,‬פארוואס טאקע איז דאס אזוי?‬ ‫אין די תורה שטייט 'זקנה' אויך פריער פונעם פסוק 'ואברהם זקן'‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין אזוי‪ .‬די גמרא זאגט (בבא מציעא פז‪" :).‬עד‬ ‫אברהם לא היה זקנה‪ ,‬מאן דהוה בעי למשתעי בהדי אברהם‬ ‫משתעי בהדי יצחק‪ ,‬בהדי יצחק משתעי בהדי אברהם‪ ,‬אתא אברהם‬ ‫בעא רחמי והוה זקנה שנאמר ואברהם זקן בא בימים" – ביז אברהם‬ ‫אבינו איז נישט געווען אזא מושג ווי 'זקנה'‪ ,‬און מען האט נישט געזען‬ ‫קיין חילוק צווישן אברהם און יצחק‪ ,‬אלע האבן אויסגעזען יונג‪ .‬נאר‬ ‫נאכדעם וואס אברהם האט מתפלל געווען דערויף‪ ,‬איז געווארן אזא‬ ‫מין מציאות פון 'זקנה'‪ .‬פרעגט דער מהרש"א (שם ד"ה והוהא)‪ ,‬אז מען‬ ‫טרעפט דאך אזויפיל פסוקים – וואס שטייען פריער פונעם פסוק‬ ‫'ואברהם זקן' – אז מענטשן זענען געווען 'זקנים'‪ ,‬נו‪ ,‬פון וואו האט די‬ ‫גמרא גענומען פונעם פסוק 'ואברהם זקן' אז ביז דעמאלט האט מען‬ ‫נישט געקענט דערקענען ווער עס איז א זקן?‬ ‫אבער וויבאלד זיי האבן געלעבט א נאריש לעבן – איז דאס נישט געווען קיין ריכטיגע 'זקנה'‬ ‫ענטפערט דער דברי חיים (פרשתן ד"ה ואברהםב)‪ ,‬אז ביז אברהם אבינו‬ ‫האבן אלע דורות געלעבט א ליידיגע און פוסטע לעבן ָאן קיין תורה‬ ‫און מצוות‪ ,‬ממילא האבן זיי גארנישט אויפגעטון מיט די טעג‪ ,‬און‬ ‫אלע זייערע טעג און יארן איז געגאנגען אויף גארנישט‪ .‬און דערפאר‬ ‫וזל"ק‪" :‬והוה זקנה‪ .‬קצת קשה‪ ,‬דכבר כתיב באנשי סדום מנער ועד זקן‪ ,‬וכתיב‬ ‫א‬ ‫ואבינו זקן‪ ,‬ובאברם גופיה כתיב ואדוני זקן‪ ,‬ואברהם ושרה זקנים‪ ,‬מאי אולמיה‬ ‫האי קרא ואברהם זקן מכל הני קראי"‪.‬‬ ‫וזל"ק‪" :‬בפסוק ואברהם זקן (כד' א)‪ .‬מבואר בגמרא (ב"מ פז‪ ).‬דעד אברהם‬ ‫ב‬ ‫לא היה זקנה‪ ,‬משבא אברהם אבינו ע"ה היה זקנה שנאמר ואברהם זקן‪ .‬והקשו‬ ‫ד‬ ‫הא כמה כתובים מקודם (בראשית יח‪ ,‬יב) ואדוני זקן וכו'‪ .‬ונראה דהנה ידוע (עי'‬ ‫זוה"ק חיי שרה קכט‪ ).‬שאם אינו מתקן הימים הוי כלא היה‪ ,‬ולכן עד אברהם‬ ‫שהיה עולם התהו (סנהדרין צז‪ ).‬ורובם הלכו אחרי ההבל‪ ,‬לא היה זקנה כיון‬ ‫שלא תקנו הימים‪ ,‬גם שהאריכו ימים הרבה כלא היה‪ ,‬ואז גם למטה בעולם‬ ‫הזה לא היה ניכר זקנה‪ .‬אבל אברהם אבינו ע"ה שהתפרסם שמו של הקב"ה‬ ‫כמו שאמר (ב"ר נט‪ ,‬ח) ועכשיו נקרא אלקי הארץ‪ ,‬ששיגר שמו בפי העולם‪ ,‬ולכן‬ ‫הביא הזקנה לימים‪ ,‬ולכן ממנו התחיל הזקנה גם בעולם הזה"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫איז אויך דא אונטן נישט געווען ניכר די 'זקנה'‪ .‬אבער אברהם אבינו‬ ‫האט דאך אויפגעטון א געוואלד‪ ,‬ער האט איבערגעדרייט א וועלט‬ ‫און מפרסם געווען דעם אייבערשטנ'ס נאמען איבעראל‪ ,‬ממילא‬ ‫האט ער אויפגעטון מיט זיינע טעג‪ ,‬און דורכדעם איז אויך דא אין‬ ‫דער וועלט געווארן ניכר דער ענין פון 'זקנה'‪ .‬אזוי זאגט דער דברי‬ ‫חיים‪.‬‬ ‫יעדע זאך דא אונטן – מוז האבן א שורש אויבן‬ ‫מען קען אביסל מסביר זיין זיינע ווערטער‪ .‬ווייל דער נועם אלימלך‬ ‫זאגט אויף עטליכע פלעצערג‪ ,‬אז יעדע זאך וואס מיר זעען דא‬ ‫אויף דער וועלט – הייבט זיך ָאן פון א שורש אויבן אין די עולמות‬ ‫העליונים‪ ,‬און פון דארט קומט עס אראפ ביז צו אונזער וועלט‪ .‬קומט‬ ‫אויס‪ ,‬אז דאס וואס מיר זעען דא אונטן אזא מין זאך ווי 'זקנה'‪ ,‬אז אן‬ ‫עלטערער מענטש באקומט אן אנדערע אויסזען ווי א יונגער מענטש‪,‬‬ ‫דאס מוז זיך אנהייבן אויבן אין די עולמות העליונים‪ ,‬אז דארט זאל‬ ‫זיין אזא מין מושג ווי 'זקנה' ברוחניות‪ ,‬און דערנאך קען עס‬ ‫אראפקומען דא אונטן בגשמיות‪.‬‬ ‫אויב בלייבט נישט קיין קיום פון זיינע טעג – איז נישט שייך קיין 'זקנה'‬ ‫איינער וואס פירט אפ זיינע אלע יארן מיט נארישקייטן‪ ,‬איז נישטא‬ ‫דא קיין שום 'דבר של קיימא'‪ .‬ווייל דער גשמיות'דיגער לעבן‬ ‫וואס א מענטש לעבט יעדן טאג‪ ,‬ער עסט און טרינקט און שלאפט –‬ ‫דאס אלעס איז נישט קיין 'נצחיות'‪ ,‬און ווי נאר דער טאג ענדיגט זיך‬ ‫– איז דער טאג פאראיבער און עס בלייבט גארנישט קיין 'קיום'‬ ‫דערפון‪ .‬קומט דאך אויס‪ ,‬אז אין גשמיות איז נישט שייך קיין 'זקנה'‪,‬‬ ‫ווייל זיינע טעג און יארן ווערן נישט אוועקגעלייגט און געבויעט‬ ‫איינער אויפן אנדערן‪ ,‬נאר יעדן טאג לעבט ער בלויז דעם היינטיגן‬ ‫ה‬ ‫עי' בפרשת משפטים (ד"ה ונחזור לביאור הכ' כן תעשה) וזל"ק‪" :‬הצדיק הזה‬ ‫ג‬ ‫ידע מבואו‪ ,‬פירוש הוא יודע שורש כל דבר למעלה בעולמות עליונים‪ ,‬שכל דבר‬ ‫למטה יש לו שורש למעלה והבן"‪ .‬ועי' בפרשת לך לך (ד"ה א"י ויעבור) וזל"ק‪:‬‬ ‫"כל אשר יקרא לו האדם נפש חיה הוא שמו‪ ,‬ולכאורה קשה בוודאי כאשר קרא‬ ‫להם שמות כך היה שמם‪ .‬אלא הפירוש הוא כך‪ ,‬הוא שמו בעולם העליון בשורש‬ ‫השייך לאותו חיה או לאותו בהמה‪ .‬שאדם הראשון כיוון לקרותם באלה שמות‬ ‫שיש להם שורש בהשם הזה בעולם העליון‪ .‬וכו'‪ ,‬כי כל דבר למטה יש לו שורש‬ ‫למעלה"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫טאג – ָאן קיין שום 'הוספה' וואס ער לייגט צו צום נעכטיגן טאג –‬ ‫וועלכער איז שוין נישטא מער און איז שוין נישט פאררעכנט אלס‬ ‫טאג‪ .‬ממילא‪ ,‬דער היינטיגער טאג‪ ,‬דער נעכטיגער טאג און דער‬ ‫מארגן – איז אלעס די זעלבע זאך! עס איז נישטא דא קיין זכותים‬ ‫וואס מען קען זאגן אז דאס איז פון 'יעצט' און דאס איז פון 'פריער'‬ ‫און דאס איז פון 'נאך פריער'‪ .‬און דערפאר איז נישט געווען דער‬ ‫מושג 'זקנה' אין די עולמות העליונים ביז אברהם אבינו‪.‬‬ ‫אברהם'ס טעג האבן געהאט א קיום למעלה – האט ער באשאפן למעלה א מציאות פון זקנה‬ ‫נאר וואסזשע דען? ווען אברהם אבינו איז געקומען אויף דער וועלט‪,‬‬ ‫און פון די דריי יאר אנגעהויבן האט ער מכיר געווען דעם‬ ‫אייבערשטן‪ ,‬האט ער געדינט דעם אייבערשטן אלע זיינע יארן‪ ,‬און‬ ‫ווי א טאג שפעטער – האט ער מוסיף געווען נאך עבודת ה' צום‬ ‫נעכטיגן טאג‪ .‬און די אלע טעג און יארן וואס ער האט געדינט דעם‬ ‫אייבערשטן שטייען אין הימל און האבן א 'קיום נצחי'‪ .‬און צוביסלעך‬ ‫האבן זיך אנגעזאמלט למעלה ריזיגע אוצרות פון תורה און יראת‬ ‫שמים‪ ,‬מצוות און מעשים טובים‪ .‬ממילא‪ ,‬איז שוין שייך אזא מין‬ ‫מושג ווי 'זקנה'‪ ,‬ווייל אז מען זעט א גאנצן קומה‪ ,‬ווי דא זענען די‬ ‫יונגע יארן מיט זייער עבודה – וואס איז נאך געווען מיט א קלענערן‬ ‫שכל‪ ,‬דא זענען די ערוואקסענע יארן – מיט מער שכל און דעת‪ ,‬און‬ ‫דא זענען די עלטערע יארן – מיט נאך א גרעסערע עבודה‪ ,‬ממילא‬ ‫איז שוין דא א 'פריער'‪ ,‬א 'שפעטער' און 'נאך שפעטער'‪ ,‬און ממילא‬ ‫איז שוין דא א בחינה אין די עולמות העליונים פון 'זקנה' – וואס דאס‬ ‫איז די תורה און מצוות וואס ער האט געטון אויף דער עלטער – נאכן‬ ‫טון תורה און מצוות אין די יונגע יארן‪ .‬און פון דארט פונעם שורש‬ ‫פון 'זקנה' למעלה‪ ,‬איז אויך אראפגעקומען דא אונטן דער מושג‬ ‫'זקנה'‪ ,‬אז מען זאל קענען דערקענען אויף אן עלטערן מענטש אז ער‬ ‫איז אלט‪.‬‬ ‫ו‬ ‫אלע לשונות פון 'זקנה' ביז אברהם איז 'על שם העתיד'‬ ‫און דערפאר האט די גמרא פארשטאנען מיט א פשטות‪ ,‬אז די אלע‬ ‫פסוקים פריער וואו עס שטייט דער לשון 'זקן' – איז דאס נאר‬ ‫געזאגט געווארן 'על שם העתיד' וויאזוי אונז רופן דאס היינט‪ ,‬אבער‬ ‫דעמאלט איז נאכנישט געווען דער מושג‪ ,‬וויבאלד למעלה איז‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫נאכנישט געווען אזא שורש‪ ,‬וויבאלד עס איז נאכנישט געווען אזא‬ ‫זאך אז מענטשן זאלן מאכן זייער טעג און יארן פאר א 'דבר של‬ ‫קיימא'‪ ,‬נאר נאכדעם וואס אברהם אבינו איז געקומען און געדינט‬ ‫דעם אייבערשטן מיט אלע זיינע יארן – איז באשאפן געווארן למעלה‬ ‫אזא מין בריאה ווי 'זקנה'‪ ,‬און פון דארט איז דאס אויך אראפגעקומען‬ ‫ביז צו אונזער וועלט בגשמיות‪ ,‬אז מען קען שוין דערקענען אויף א‬ ‫מענטש אז ער איז אן עלטערער מענטש‪.‬‬ ‫נאר אויב דער 'בא בימים' איז 'קנה חכמה' – ווערט ער א 'זקן'‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען די גמרא‪" :‬אין זקן אלא מי שקנה חכמה"‪.‬‬ ‫ווייל כאטש די תורה זאגט דאך קלאר‪ ,‬אז אברהם אבינו איז‬ ‫געווארן 'זקן' צוליב 'בא בימים' – איז דאס אבער אלעס תלוי אינעם‬ ‫'זה קנה חכמה'‪ ,‬און טאקע בדוקא אינעם ענין פון 'קנין' – וואס די‬ ‫חכמה איז געבליבן א 'נצחיות'‪ .‬ווייל ָאן דעם וואס אברהם האט די‬ ‫אלע יארן קונה געווען מער און מער תורה און מצוות וועלכע בלייבן‬ ‫אויף אייביג – וואלט נישט געווען אזא מין מושג ווי 'זקנה'! אפילו‬ ‫אויב ער וואלט געווארן א 'בא בימים' – וואלט ער אבער נישט געווען‬ ‫קיין 'זקן'! ווייל יעדע זאך מוז האבן א 'שורש למעלה'‪ ,‬און דער שורש‬ ‫פון 'זקנה' אין די עולמות העליונים קומט נאר פון דעם וואס דער‬ ‫מענטש לייגט אוועק זיינע טעג און יארן אויף אייביג‪ .‬אבער אויב‬ ‫לעבט ער אפ זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן – איז נישטא‬ ‫למעלה קיין שורש פון 'זקנה'‪ ,‬און דערפאר ווערט ער נישט אויך דא‬ ‫אונטן קיין 'זקן'‪.‬‬ ‫מונבז המלך האט פארשטאנען אז מיט צדקה לייגט ער עס אוועק למעלה‬ ‫די גמרא דערציילט (ב"ב יא‪" :).‬מעשה במונבז המלך שבזבז אוצרותיו‬ ‫ואוצרות אבותיו בשני בצורת וחברו עליו אחיו ובית אביו ואמרו‬ ‫לו‪ ,‬אבותיך גנזו והוסיפו על של אבותם ואתה מבזבזם" – מען האט‬ ‫ז‬ ‫געהאט טענות צו מונבז המלך‪ ,‬פארוואס ער פארטיילט די אוצרות‬ ‫געלט פאר די ארימעלייט‪ .‬האט ער זיי געענטפערט‪" :‬אבותי גנזו‬ ‫למטה ואני גנזתי למעלה‪ ,‬אבותי גנזו במקום שהיד שולטת בו ואני‬ ‫גנזתי במקום שאין היד שולטת בו‪ ,‬אבותי גנזו דבר שאין עושה פירות‬ ‫ואני גנזתי דבר שעושה פירות‪ ,‬אבותי גנזו אוצרות ממון ואני גנזתי‬ ‫אוצרות נפשות‪ ,‬אבותי גנזו לאחרים ואני גנזתי לעצמי‪ ,‬אבותי גנזו‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫לעולם הזה ואני גנזתי לעולם הבא" – אז עס גייט נישט לאיבוד‪ ,‬נאר‬ ‫פארקערט‪ ,‬ער לייגט זיך עס אוועק אויף גאר א גוטן פלאץ – אסאך‬ ‫בעסער וואו אין די אוצרות וואו זיינע עלטערן האבן עס‬ ‫אוועקגעלייגט‪ ,‬ווייל ער לייגט עס אויף אזא פלאץ וואו קיינער קען‬ ‫דאס נישט שעדיגן‪ ,‬און עס וואקסט כסדר מער און מער‪ ,‬און עס וועט‬ ‫אים בלייבן אויף אייביג‪.‬‬ ‫מצות צדקה איז א הוכחה אויף אלע מעשים טובים אז זיי ווערן געהיטן למעלה‬ ‫קומט אויס פון דער גמרא‪ ,‬אז די מצוה פון צדקה ברענגט דאס‬ ‫מערסטע ארויס – מער פון אלע מצוות – אז די מעשים טובים‬ ‫וואס מען טוט‪ ,‬האט א קיום און בלייבט אויף אייביג‪ .‬ווייל ביי יעדע‬ ‫מצוה וואס א מענטש איז מקיים‪ ,‬זעט מען נישט אז ער זאל דערמיט‬ ‫מאכן א 'חסרון' ביי זיך‪ ,‬אז עס זאל זיין א קושיא פארוואס ער טוט‬ ‫דאס‪ ,‬און מען זאל מוזן ענטפערן אז ער לייגט זיך אוועק אויף יענער‬ ‫וועלט‪ .‬למשל‪ ,‬אז א מענטש לערנט תורה‪ ,‬און מען פרעגט אים‬ ‫פארוואס לערנסטו תורה? קען ער צוריק ענטפערן‪ :‬עס איז דאך‬ ‫נישטא קיין בעסערס און העכערס ווי תורה! פארוואס זאל איך עוסק‬ ‫זיין אין שטותים והבלים – אין דער צייט וואס איך קען עוסק זיין אין‬ ‫די העכסטע און הייליגסטע חכמה שבעולם?! איך דערלייג דען‬ ‫עפעס? און אזוי ביי אלע מצוות התורה‪ .‬אבער דארט וואו א מענטש‬ ‫גיבט צדקה – וואס בגשמיות זעט עס אויס ווי ער גיבט אוועק דאס‬ ‫געלט און בלייבט ָאן דעם‪ ,‬דארט ווערט שווער די קושיא וואס די‬ ‫משפחה האט געפרעגט פון מונבז‪" :‬אבותיך גנזו והוסיפו על של‬ ‫אבותם ואתה מבזבזם" – פארוואס ווארפסטו אוועק דיינע אוצרות‬ ‫געלט? און דארט מוז מען על כרחך זאגן‪ ,‬דאס וואס מונבז האט‬ ‫געזאגט‪ ,‬אז דאס קומט פון א שטארקע אמונה אינעם 'נצחיות' פון‬ ‫יענער וועלט‪ ,‬אז דאס אלעס ווערט אוועקגעלייגט און אפגעהיטן‬ ‫אויף אייביג‪ ,‬ממילא‪ ,‬איז דאס גארנישט ארויסגעווארפן‪ ,‬נאר דאס‬ ‫ח‬ ‫איז פשוט אוועקגעלייגט אויף א גוט פלאץ‪.‬‬ ‫סתם מצוה איז צדקה – ווייל מען טוט עס 'בדרך צדקה'‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען די ווערטער פון רש"י‪" :‬צדקה לעניים דקרי‬ ‫ליה מצוה בכל לשון אגדה" – דאס ווארט 'מצוה' נוצט מען אויף‬ ‫צדקה‪ ,‬ווייל יעדע מצוה וואס מען טוט‪ ,‬דארף מען צושטעלן און עס‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫אפלערנען פונקט ווי צדקה! א איד דארף גלייבן‪ ,‬אז יעדע מצוה און‬ ‫דבר טוב וואס ער טוט – ווערט אוועקגעלייגט אויבן אין הימל אויף‬ ‫אייביג! יעדן טאג וואס ער דינט דעם אייבערשטן איז א 'דבר של‬ ‫קיימא' וואס נעמט זיך צוזאם מיט נאך א טאג און נאך א טאג‪ ,‬און פון‬ ‫דארט ווערט געשאפן דער גאנצער מושג פון זקנה למעלה‪ ,‬ווייל‬ ‫דארט זעט מען יעדע דבר טוב וואס ער האט געטון פאר פופציג יאר‬ ‫צוריק‪ ,‬און פאר זעכציג יאר צוריק‪ ,‬גארנישט ווערט נישט פארלוירן‬ ‫אדער פארגעסן‪ ,‬נאר אלעס איז דא און אלעס נעמט זיך צוזאם צו א‬ ‫גרויסן חשבון פון 'ימי זקנה'‪.‬‬ ‫אברהם האט מדריך געווען זיינע קינדער צו טון מצוות ‪ -‬אויפן זעלבן מהלך ווי מען גיבט צדקה‬ ‫ׁ‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק‪ִּ :‬‬ ‫"כי יְ ַד ְע ּ ִתיו ְל ַמ ַען ֲא ֶשר יְ ַצ ֶ ּוה‬ ‫ׁ‬ ‫ֹׂ‬ ‫ׁ‬ ‫ֹ‬ ‫ֶאת ָ ּבנָ יו וְ ֶאת ֵ ּביתו ַא ֲח ָריו וְ ָש ְמר ּו ֶ ּד ֶר ְך ה' ַל ֲעשות ְצ ָד ָקה ּו ִמ ְש ּ ָפט"‬ ‫– אברהם אבינו האט אויסגעלערנט פאר זיינע קינדער צו מקיים זיין‬ ‫אלע 'משפטי התורה' אויפן וועג פון 'צדקה'! אזויווי ווען איינער גיבט‬ ‫אוועק זיין געלט פאר צדקה‪ ,‬מיינט ער נישט אז ער האט פארלוירן‬ ‫דאס געלט‪ ,‬נאר ער ווייסט אז דאס געלט איז געבליבן זיינס‪ ,‬און עס‬ ‫איז געווארן אוועקגעלייגט אויף יענער וועלט אויף נצח נצחים – אזוי‬ ‫אויך זאלן זיי טון אלע מצוות התורה‪ ,‬מיט א שטארקע אמונה אז די‬ ‫מצוה בלייבט קיים אויף יענער וועלט! עס ווערט קיינמאל נישט‬ ‫נאבד און פארגעסן!‬ ‫נאר אויב מען קוקט ָאן תורה ומצוות ווי 'נצחי' – ווערט מען אן עלטערער איד ברוחניות‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם פסוק וואס דער מדרש שטעלט דא‬ ‫ׂ‬ ‫"ע ֶט ֶרת ּ ִת ְפ ֶא ֶרת ֵש ָ‬ ‫יבה" – וויאזוי האט‬ ‫צו צום 'ואברהם זקן'‪ֲ :‬‬ ‫אברהם אבינו זוכה געווען צו די שיינקייט פון 'זקנה'? ביז אים איז‬ ‫דאך נישט געווען קיין 'זקנה'‪ ,‬נו‪ ,‬וויאזוי האט ער באוויזן צו מאכן‬ ‫דעם טויש און באשאפן אזא מושג ווי 'זקנה' אין די עולמות העליונים?‬ ‫ט‬ ‫"ב ֶד ֶר ְך ְצ ָד ָקה ּ ִת ָּמ ֵצא" – דורכדעם וואס ער האט געדינט דעם‬ ‫ְּ‬ ‫אייבערשטן מיט א וועג פון 'צדקה'‪ ,‬וואס ער האט געוואוסט אז יעדע‬ ‫מצוה בלייבט זיינס‪ ,‬און דעריבער האט ער כל ימיו אוועקגעלייגט‬ ‫תורה און מצוות אויף יענער וועלט! ער האט אנגעזאמלט אוצרות‬ ‫און אוצרות פון אנגעפילטע טעג און יארן מיט תורה ומצוות‪,‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫דורכדעם האט ער באשאפן א בחינה פון 'זקנה' אין די עולמות‬ ‫העליונים‪.‬‬ ‫דורכן 'יופי הזקנה' אין די עולמות העליונים – האט ער ממשיך געווען דעם 'יופי הזקנה' דא‬ ‫אונטן בגשמיות‬ ‫און אויף דעם קומט דער אנדערער מדרש און פירט אויס‪" :‬יפיפית‬ ‫מבני אדם הוצק חן בשפתותיך‪ ,‬נתייפית בעליונים" – דורכדעם‬ ‫וואס דו ביסט געווארן שיין אויבן אין הימל‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬דו האסט‬ ‫באקומען די 'זקנה' – וועלכע ווערט אנגערופן 'עטרת תפארת' – אין‬ ‫די עולמות העליונים‪" ,‬נתייפית בתחתונים" – דורכדעם ביסטו‬ ‫געווארן באשיינט מיט זקנה דא אונטן‪ ,‬אז מען האט אנגעהויבן‬ ‫דערקענען אויף דיר די זקנה‪ ,‬וואס דאס איז נישט געווען ביז דיר‪ ,‬און‬ ‫נאר דורכדעם וואס דו האסט געשאפן אזא זאך ווי 'זקנה' בעליונים‪,‬‬ ‫איז עס דערנאך נמשך געווארן אויף דיר אויך 'בתחתונים'‪.‬‬ ‫ביז יעצט האט יצחק אויסגעזען זייער יונג דערפאר האט ער אים נאכנישט געזוכט קיין שידוך‬ ‫מיט דעם קען מען פארענטפערן בדרך צחות‪ ,‬פארוואס אברהם‬ ‫האט נישט ביז יעצט געזוכט א שידוך פאר יצחק – וועלכער איז‬ ‫שוין יעצט געווען פערציג יאר אלט‪ .‬ווייל ביז יעצט איז דאך נאכנישט‬ ‫געווען אזא מציאות ווי 'זקנה'‪ ,‬ממילא‪ ,‬האט דאך יעדער אויסגעקוקט‬ ‫ווי א יונג קינד פון צען יאר‪ ...‬ממילא האט זיך נישט אנגעזען אז יצחק‬ ‫איז שוין א גרויסער בחור און מען דארף אים שוין זען א שידוך‪ .‬זאגט‬ ‫אבער דער פסוק‪" :‬וְ ַא ְב ָר ָהם זָ ֵקן ָ ּבא ַ ּב ָ ּי ִמים" – יעצט ווען אברהם האט‬ ‫ממשיך געווען אויף דער וועלט דעם מציאות פון 'זקנה'‪" ,‬וַ ה' ֵ ּב ַר ְך ֶאת‬ ‫ֹ‬ ‫ַא ְב ָר ָהם ַ ּב ּכל" – זאגט רש"י‪ ,‬אז 'בכל' גימטריא 'בן' – יעצט ערשט האט‬ ‫יצחק באקומען א חתימת זקן‪ ,‬און אברהם האט אים געגעבן א קוק‬ ‫ָאן‪ ,‬און זיך דערזען אז ער האט שוין דא א בחור פון פערציג יאר מיט‬ ‫א גרויסע בארד‪ ,‬האט ער זיך דערזען אז ער דארף זייער נייטיג א‬ ‫שידוך טון‪ ,‬ממילא‪ ,‬האט ער דעמאלט געשיקט אליעזר'ן זוכן א שידוך‬ ‫י‬ ‫פאר יצחק‪.‬‬ ‫היוצא לנו מזה‪ :‬די עלטערע יארן בויען זיך אויף די יונגערע יארן‪,‬‬ ‫ווייל נאר אויב די יונגע יארן זענען פול מיט תורה און מעשים‬ ‫טובים‪ ,‬זענען די עלטערע יארן א בחינה פון 'זקנה'‪ ,‬און ווי מען זעט‬ ‫אין דער משנה (קינים ג‪ ,‬ז)‪" :‬זקני תלמידי חכמים כל זמן שמזקינים‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫דעתן מתיישבת עליהם" – דער תלמיד חכם וועלכער האט‬ ‫געהארעוועט אויף תורה אין די יונגע יארן‪ ,‬ווען עס קומט אויף די‬ ‫'ימי זקנה' האט ער א שיינעם עלטער סיי בעליונים‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫אוועקגעלייגט אויף יענע וועלט‪ ,‬און סיי פשוט דא בתחתונים‪ ,‬די‬ ‫קינדער און אייניקלעך זענען מכבד דעם זיידן און ער איז זייער‬ ‫פראכט און שטאלץ‪ ,‬און עס איז גוט פאר אים און פאר די קינדער‪.‬‬ ‫און פארקערט איז פארקערט‪.‬‬ ‫ממילא‪ ,‬דארף מען האבן שכל ווען מען איז נאך יונג און מען האט‬ ‫נאך די כוחות מרבה צו זיין בתורה ובמצוות‪ ,‬אז עס זאל זיין‬ ‫א בחינה פון 'אשרי ילדותינו שלא ביישה זקנותנו' (סוכה נג‪ ,).‬אז ווען‬ ‫ער וועט קומען אויף דער עלטער זאל ער האבן עפעס צוזאמגעקליבן‬ ‫א שטיקל אוצר פון תורה ועבודה‪ ,‬וואס דאס באשיינט זיינע עלטערע‬ ‫יארן‪ ,‬און דעמאלט וועט ער זוכה זיין צו א בחינה פון 'ואברהם זקן‬ ‫בא בימים'‪ ,‬אריינצוברענגען א זקנה אין די טעג אריין‪ ,‬און צום 'ברך‬ ‫את אברהם בכל'‪ ,‬צו גוטע קינדער מיט נחת און געזונט‪ ,‬מתוך הרחבת‬ ‫הדעת מיט אלעם גוטן‪ ,‬ביז מען וועט זוכה זיין צו די גאולה שלימה‬ ‫במהרה בימינו‪ ,‬אמן‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫אי‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫וַ ִּת ּ ָׂשא ִר ְב ָקה ֶאת ֵעינֶ ָיה וַ ֵּת ֶרא ֶאת יִ צְ ָחק וַ ִּת ּפֹל ֵמ ַעל ַה ָּג ָמל‪.‬‬ ‫א) דער מדרש זאגט (ב"ר ס‪ ,‬טו)‪ָ :‬‬ ‫"צ ַפת שידו שטוחה בתפלה‪ ,‬אמרה‬ ‫ודאי אדם גדול הוא לכך שאלה עליו" – וויבאלד רבקה האט‬ ‫געזען אז יצחק דאווענט יעצט‪ ,‬האט זי פארשטאנען אז ער איז אן‬ ‫'אדם גדול'‪ ,‬און דערפאר האט זי געפרעגט פון אליעזר ווער דאס איז‪.‬‬ ‫לכאורה‪ ,‬בלויז פון דעם אז א מענטש דאווענט‪ ,‬איז דאך נאכנישט‬ ‫קיין ראיה אז ער איז אן 'אדם גדול'?‬ ‫ב) דער מדרש זאגט דארט ווייטער‪" :‬ותפול מעל הגמל – איתרכינת‪,‬‬ ‫ֹ ֹ‬ ‫היך מה דאת אמר (תהלים לז‪ ,‬כד) ִּכי יִ ּפל לא י ּו ָטל" – זי האט זיך‬ ‫אראפגעבויגן אויפן קעמל; ווי דער פסוק זאגט אין תהלים‪ ,‬אז אפילו‬ ‫ווען דער צדיק פאלט אראפ‪ ,‬בלייבט ער נישט ליגן פארלאזט אויף‬ ‫דער ערד‪ .‬דארף מען פארשטיין די כוונה פונעם מדרש?‬ ‫ג) דער מדרש זאגט דארט ווייטער‪" :‬ותאמר אל העבד ‪ -‬רבי חייא‬ ‫אמר ראתה אותו ָהד ּור ותוהא מפניו‪ ,‬היך מה דאת אמר‬ ‫ֹ ֹ‬ ‫(בראשית לז‪ ,‬יט) ִה ֵ ּנה ַ ּב ַעל ַה ֲחלמות ַה ָ ּלזֶ ה ָ ּבא" – רבקה האט געזען אז ער‬ ‫האט אזא הדרת פנים‪ ,‬האט זי זיך פארוואונדערט; ווי דער פסוק‬ ‫זאגט ביי יוסף הצדיק‪ ,‬אז די ברידער האבן געזאגט אז דער 'בעל‬ ‫החלומות' קומט דא צו גיין‪ .‬לכאורה איז א פלא‪ ,‬וואס שטעלט ער דא‬ ‫צו דעם פסוק פון יוסף הצדיק'ס חלומות‪ ,‬וואס זעט מען פון דארט?‬ ‫ד) אויך איז שווער די סתירה אין מדרש‪ ,‬אז פריער זאגט ער‪ ,‬אז זי‬ ‫האט געפרעגט אויף אים – וויבאלד זי האט אים געזען‬ ‫דאווענען‪ ,‬און דא זאגט ער‪ ,‬אז צוליב איר וואונדער אויף זיין 'הדרת‬ ‫פנים' האט זי געפרעגט?‬ ‫ׂ‬ ‫ה) אין פרשת תולדות שטייט (בראשית כה‪ ,‬כח)‪" :‬וַ ֶ ּי ֱא ַהב יִ ְצ ָחק ֶאת ֵע ָשו‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ִּכי ַציִ ד ְ ּב ִפיו וְ ִר ְב ָקה א ֶה ֶבת ֶאת יַ ֲעקב" – יצחק האט ליב געהאט‬ ‫בי‬ ‫עשיו‪ ,‬און רבקה האט ליב געהאט יעקב‪ .‬דארף מען פארשטיין וואס‬ ‫איז דא געווען די חילוקי דעות צווישן זיי?‬ ‫ו) עס שטייט אין זוהר הק' (ח"א קיט‪ ,):‬אז יצחק איז נישט געווען 'ראוי‬ ‫להוליד'‪ ,‬נאר ביי דער עקידה איז אברהם געווארן נכלל אין‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫יצחק‪ ,‬און יצחק איז געווארן נכלל אין אברהם‪ ,‬און דעמאלט איז ער‬ ‫געווארן ראוי להוליד‪ .‬דארף מען דאס אביסל מקרב זיין אל השכל?‬ ‫אין א 'מקום פרוץ' איז נישטא קיין 'אימת המלך'‬ ‫נאר מען קען עס אפשר מסביר זיין מיט א ווארט פון פריערדיגן‬ ‫בעלזער רב זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל‪ .‬ער ברענגט (מהרי"ד‬ ‫בפרשתן ד"ה ותשאד) די גמרא אין ברכות (לד‪" :):‬אמר רב כהנא חציף עלי‬ ‫מאן דמצלי בבקתא" – דער וועלכער דאווענט אין פעלד וועלכע איז‬ ‫נישט ארומגענומען מיט מחיצות‪ ,‬איז א 'מחוצף' כלפי שמיא‪ .‬און‬ ‫רש"י זאגט דעם טעם‪" :‬שכשהוא במקום צניעות חלה עליו אימת מלך‬ ‫ולבו נשבר" – ווען מען דאווענט אין א באשיידענעם פלאץ וואס איז‬ ‫ארומגענומען מיט מחיצות‪ ,‬קען דער מענטש באקומען א פחד‪ ,‬ווען‬ ‫ער טראכט אריין אז ער רעדט יעצט צום מלך מלכי המלכים‪ ,‬און ער‬ ‫וועט האבן א לב נשבר‪ ,‬אבער ווען מען דאווענט אויפן פרייען פעלד‬ ‫– באקומט מען נישט קיין 'אימת המלך'‪.‬‬ ‫יצחק האט דאך לכאורה געדאווענט אין א 'מקום פרוץ'?‬ ‫פרעגט דארט תוספות‪" :‬ואם תאמר‪ ,‬הכתיב ויצא יצחק לשוח בשדה"‬ ‫– יצחק אבינו האט דאך יא געדאווענט מנחה אויפן פרייען‬ ‫פעלד? ענטפערט תוספות‪" :‬יש לומר‪ ,‬דהתם מיירי בהר המוריה‬ ‫כדאמרינן בפסחים פרק האשה (פח‪ ).‬לא כיצחק שקראו שדה" – יצחק‬ ‫וזל"ק‪" :‬ותשא רבקה את עיניה ותרא את יצחק‪ .‬במד"ר אר"ה צפת שידו שטוחה‬ ‫ד‬ ‫בתפלה אמרה ודאי אדם גדול הוא לכך שאלה עליו וכו' ר"ח אמר ראתה אותו‬ ‫הדור ותוהא מפניו המד"א הנה בעל החלומות הלזה בא ע"כ‪ .‬וצריך להבין מה‬ ‫שייך כאן הפסוק הנה בעל וגו' שכתוב אצל יוסף‪ .‬ונראה בכונת המדרש דאיתא‬ ‫במסכת ברכות (לד‪ ):‬חציף עלי מאן דמצלי בביקתא‪ .‬והקשו בתוס' הכתיב ויצא‬ ‫יצחק לשוח בשדה‪ ,‬ותירצו דהתם מיירי בהר המוריה‪ .‬ויתכן לתרץ עוד‪ ,‬כי הטעם‬ ‫דצריך להתפלל במקום מוקף מחיצות הוא כדי שתחול עליו אימת המלך (כמו‬ ‫שכתב רש"י)‪ .‬אבל יצחק שמדתו פחד יצחק היה יכול להתפלל גם במקום‬ ‫גי‬ ‫שאינו מוקף מחיצות‪ .‬וזהו הפירוש‪ ,‬ראתה ידו שטוחה בתפלה‪ ,‬דהיינו במקום‬ ‫שאינו מוקף מחיצות‪ ,‬אמרה ודאי אדם גדול הוא‪ ,‬שיש לו יראה גדולה ולכן יכול‬ ‫להתפלל גם במקום פרוץ‪.‬‬ ‫והנה מדת יוסף היא ג"כ יראה דכתיב את האלקים אני ירא‪ ,‬וגם הדר כדכתיב‬ ‫ויהי יוסף יפה תואר ויפה מראה‪ ,‬שההדר היה אצלו יחד עם היראה‪ .‬ולכן כאשר‬ ‫ראתה רבקה את יצחק הדור‪ ,‬ועם זאת הרגישה שתוהא מפניו‪ ,‬שנמשכת אליה‬ ‫יראה‪ ,‬אמרה הנה בעל החלומות הלזה בא שגם קדושת יוסף רומזת על הדר‬ ‫ויראה"‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫האט נישט געדאווענט אין סתם א פרייע פעלד‪ ,‬נאר אויפן הר‬ ‫המוריה‪ .‬פרעגט דער ב"ח (או"ח סי' צ' סק"ד) און דער טורי זהב (שם סק"ב)‪,‬‬ ‫אויב איז אן אפענער פלאץ נישט מסוגל פאר יראת שמים און הכנעה‪,‬‬ ‫נו‪ ,‬וואס איז אנדערש דער 'הר המוריה' ווי סתם א פעלד? דערפאר‬ ‫ווילן זיי זאגן א חידוש‪ ,‬אז דער 'הר המוריה' איז שוין דעמאלט געווען‬ ‫'מוקף מחיצות'‪.‬‬ ‫יצחק איז געווען אזא 'ירא שמים' אז אים האט עס נישט געשאדט‬ ‫דער בעלזער רב עטפערט אנדערש ווי תוספות‪ ,‬אז די גאנצע סיבה‬ ‫פארוואס מען טאר נישט דאווענען אין אן אפענער פלאץ איז‬ ‫דאך נאר‪ ,‬ווייל עס שטערט פאר דעם 'יראת שמים'‪ .‬אבער דאס איז‬ ‫נאר געזאגט געווארן ביי סתם א מענטש‪ ,‬וואס זיין יראת שמים איז‬ ‫נישט בשלימות‪ ,‬און דער 'מקום' איז משפיע אויף אים צו באקומען‬ ‫מער אדער ווייניגער יראת שמים‪ .‬אבער יצחק אבינו'ס מדה איז דאך‬ ‫יראה‪ ,‬און ער האט געהאט דעם גרעסטן שלימות פון יראת שמים‬ ‫וואס איז נאר שייך‪ ,‬ממילא‪ ,‬ביי אים איז נישט קיין שום נפקא מינה‬ ‫צי ער דאווענט אין א פלאץ וואס איז ארומגענומען מיט מחיצות‬ ‫אדער אין אן אפענעם פלאץ‪ ,‬ווייל ער האט געהאט דעם זעלבן יראת‬ ‫שמים אפילו ווען ער האט געדאווענט אויפן פרייען פעלד‪.‬‬ ‫רבקה האט אים געזען דאווענען אין פעלד האט זי פארשטאנען וואספארא גרויסער 'ירא שמים'‬ ‫ער איז‬ ‫מיט דעם טייטשט דער בעלזער רב דעם מדרש‪ָ :‬‬ ‫"צ ַפת שידו שטוחה‬ ‫בתפלה" – וויבאלד זי האט געזען אז יצחק דאווענט אויפן‬ ‫פרייען פעלד‪" ,‬אמרה ודאי אדם גדול הוא" – האט זי פארשטאנען אז‬ ‫עס מוז זיין אז ער איז א גרויסער מענטש אין יראת שמים‪ ,‬וואס ביי‬ ‫אים כאפט נישט קיין נפקא מינה צי ער דאווענט אין א בקעה אדער‬ ‫אין א מקום צניעות און דערפאר האט זי זיך נאכגעפרעגט אויף אים‪.‬‬ ‫ביי יוסף טרעפט מען אויך 'יראת שמים' און 'הדרת פנים'‬ ‫די‬ ‫און מיט דעם טייטשט ער דעם אויספיר פונעם מדרש‪" :‬ראתה אותו‬ ‫ָהד ּור" – זי האט דא געזען אז יצחק האט אויך א מדה פון 'הדרת‬ ‫פנים'‪" ,‬ותוהא מפניו" – און פון צווייטן זייט האט זי געזען אז עס‬ ‫פאלט ארויף אויף איר א יראה פון אים‪" ,‬היך מה דאת אמר (בראשית לז‪,‬‬ ‫ֹ ֹ‬ ‫יט) ִה ֵ ּנה ַ ּב ַעל ַה ֲחלמות ַה ָ ּלזֶ ה ָ ּבא" – האט זי געזאגט‪ ,‬אז ער האט די‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫זעלבע בחינות ווי יוסף הצדיק‪ ,‬וואס ביי אים טרעפט מען סיי דער‬ ‫ֹ‬ ‫ענין פון 'הדרת פנים'; ווי עס שטייט (בראשית לט‪ ,‬ו)‪" :‬וַ יְ ִהי יו ֵסף יְ ֵפה‬ ‫ֹ‬ ‫יפה ַמ ְר ֶאה"‪ ,‬און אויך טרעפט מען ביי אים דער ענין פון 'יראה';‬ ‫ת ַאר וִ ֵ‬ ‫ֹ‬ ‫"את ָה ֱאל ִקים ֲאנִ י יָ ֵרא"‪ .‬אזוי טייטשט‬ ‫ווי עס שטייט (בראשית מב‪ ,‬יח)‪ֶ :‬‬ ‫דער בעלזער רב זי"ע‪.‬‬ ‫וואס איז די מעלה פון 'הדרת פנים' צוזאמען מיט 'יראת שמים'?‬ ‫לכאורה דארף מען פארשטיין דעם ענין‪ ,‬וואס האט דא רבקה געזען‬ ‫אין יצחק'ן – מיט דעם וואס ער האט ביידע ענינים‪' ,‬יראה'‬ ‫און 'הדרת פנים' – אז זי איז אזוי נתפעל געווארן פון אים? אויך איז‬ ‫שווער לויטן בעלזער רב‪ ,‬וואס איז דא דער שייכות צו יוסף'ס חלומות‪,‬‬ ‫די ביידע פסוקים וואס ער ברענגט‪ ,‬סיי 'את האלקים אני ירא' און סיי‬ ‫'יפה תואר ויפה מראה' האבן בכלל נישט קיין שייכות מיטן ענין פון‬ ‫חלומות? אויך איז שווער‪ ,‬רבקה האט דאך שוין געזען די מדה פון‬ ‫'יראה' פון דעם וואס יצחק האט געדאווענט אין א בקעה‪ ,‬נו‪ ,‬פארוואס‬ ‫איז דאס נאכנישט געווען גענוג צו כאפן התפעלות‪ ,‬ביז זי האט געזען‬ ‫אז זי אליין איז געווארן 'תוהה מפניו'‪ ,‬אז זי באקומט א יראה פון אים‪,‬‬ ‫וואס נאר דעמאלט האט זי געזאגט 'מי האיש הלזה'?‬ ‫א איד דארף דינען דעם אייבערשטן מיט אלע מדות‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין‪ ,‬אז מען קען מוסיף זיין אויף זיינע ווערטער‪.‬‬ ‫אברהם אבינו איז געווען 'כולו חסד'‪ ,‬ער האט געדינט דעם‬ ‫אייבערשטן בלויז מיט חסד און אהבה‪ .‬יצחק אבינו איז געווען 'כולו‬ ‫יראה'‪ ,‬ער האט געדינט דעם אייבערשטן בלויז מיט גבורה און יראה‪.‬‬ ‫יעקב אבינו איז געווען א מיזוג פון 'חסד' און 'גבורה'‪ ,‬וואס דאס איז‬ ‫די מדה פון 'תפארת'‪ .‬און דאס איז דער דרך התורה‪ ,‬ווייל אין דער‬ ‫תורה איז פארהאן אלע סארט מצוות און הלכות‪ ,‬וואס מען קען נישט‬ ‫מקיים זיין אלעס בשלימות ‪ -‬נאר אויב מען האט א מיזוג פון ביידע‬ ‫וט‬ ‫מדות‪ ,‬אמאל דינט מען דעם אייבערשטן מיט 'חסד' און 'אהבה'‪ ,‬און‬ ‫אמאל דינט מען דעם אייבערשטן מיט 'גבורה' און 'יראה'‪.‬‬ ‫רבקה איז געווען א 'בעלת חסד' אבער זי האט אויך געוואוסט וויאזוי צו זאגן 'אלך מעצמי'‬ ‫ביי רבקה אמנו געפונט מען‪ ,‬אז זי האט געהאט ביידע מדות‬ ‫בשלימות‪ ,‬פון איין זייט האט זי געהאט די מדה פון חסד אויפן‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫גרויסן פארנעם; ווי די תורה דערציילט אז זי האט אנגעשעפט‬ ‫וואסער פאר אליעזר'ן און פאר די קעמלעך‪ ,‬מיט אזא גרויסע מדה‬ ‫פון חסד‪ .‬און פון צווייטן זייט האט זי געהאט די מדה פון 'גבורה'‬ ‫בשלימות‪ ,‬ווי מען זעט אז ווען בתואל האט געפרעגט פון רבקה‪:‬‬ ‫ׁ‬ ‫"ה ֵת ְל ִכי ִעם ָה ִאיש ַה ֶ ּזה" – צי זי וויל גיין מיט אליעזר‪ ,‬האט זי געזאגט‬ ‫ֲ‬ ‫"א ֵל ְך"‪ .‬זאגט רש"י‪" :‬אלך ‪ -‬מעצמי ואף אם אינכם רוצים" – איך וועל‬ ‫ֵ‬ ‫גיין פון מיין אייגענעם ווילן‪ ,‬אפילו אויב איר זענט נישט מסכים‬ ‫דערצו‪ .‬זעט מען‪ ,‬אז זי האט אויך געהאט דעם כח פון 'גבורה' זיך צו‬ ‫שלאגן מיט די רשעים און אויספירן איר הייליגער רצון‪ .‬און דאס איז‬ ‫דער זעלבער 'מיזוג' פון יעקב אבינו‪ ,‬וואס ער איז כולל ביידע מדות‪,‬‬ ‫חסד און גבורה‪.‬‬ ‫רבקה האט ליב געהאט יעקב וויבאלד ער האט געהאט דעם 'מיזוג המדות' אזויווי איר‬ ‫ׂ‬ ‫מיט דעם פארשטייט מען דעם ענין פון "וַ ֶ ּי ֱא ַהב יִ ְצ ָחק ֶאת ֵע ָשו ִּכי ַציִ ד‬ ‫ֹ‬ ‫ֹ‬ ‫ְ ּב ִפיו וְ ִר ְב ָקה א ֶה ֶבת ֶאת יַ ֲעקב" – יצחק‪ ,‬וואס זיין מדה איז געווען‬ ‫'גבורה'‪ ,‬האט ליב געהאט עשיו וואס ער איז אויך 'גבורה' און 'דין' (און‬ ‫יצחק האט געהאלטן אז עשיו מיינט דעם אייבערשטן ואכמ"ל)‪ .‬אבער רבקה‪ ,‬וואס‬ ‫איר מדה איז א מיזוג פון 'חסד' און 'גבורה'‪ ,‬האט ליב געהאט יעקב‪,‬‬ ‫וואס ער איז 'תפארת' וואס איז ממוזג פון ביידע מדות‪.‬‬ ‫רבקה האט געקוקט צי יצחק האט אויך שייכות מיט מדת החסד – כדי אראפצוברענגען א יעקב‬ ‫אבינו‬ ‫די מאמע רבקה האט געוואוסט ברוח קדשה‪ ,‬אז פון דעם זיווג דא‬ ‫דארף ארויסקומען א יעקב אבינו און א כלל ישראל וואס וועט‬ ‫מקבל זיין די תורה‪ ,‬וואס מען מוז האבן דערצו א מיזוג פון ביידע‬ ‫מדות‪ .‬ווייל איינמאל עס הייבט זיך שוין ָאן א יעקב אבינו מיט י"ב‬ ‫שבטי י‪-‬ה‪ ,‬קען מען שוין נישט גיין מער אויפן מהלך פון בלויז איין‬ ‫מדה‪ ,‬נאר מען מוז דינען דעם אייבערשטן מיט אלע מדות‪ .‬און‬ ‫דערפאר האט זי געזוכט צו טרעפן ביי יצחק'ן‪ ,‬צי ער האט אויך עפעס‬ ‫זט‬ ‫א שייכות מיט דער מדה פון חסד‪ ,‬וואס אזוי ארום וועט ער קענען‬ ‫אראפברענגען א יעקב אבינו וואס זיין מדה וועט זיין תפארת‪ ,‬וואס‬ ‫דאס איז א מיזוג פון ביידע מדות בשלימות‪ .‬אבער אויב וואלט יצחק‬ ‫נישט געהאט קיין שום שייכות מיט חסד און אהבה‪ ,‬וואלט נישט‬ ‫שייך געווען ממשיך צו זיין א יעקב אבינו‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫ביי דער עקידה האט יצחק באקומען פון אברהם'ס חסד און ער איז געווארן 'ראוי להוליד' דעם‬ ‫יעקב'ן‬ ‫אינ'אמת'ן איז טאקע יצחק אבינו געווען 'כולו גבורה'‪ ,‬און דערפאר‬ ‫איז ער טאקע נישט געווען 'ראוי להוליד'‪ ,‬דאס הייסט‪,‬‬ ‫ער איז נישט געווען ראוי ממשיך צו זיין א יעקב אבינו‪ ,‬וויבאלד ער‬ ‫האט גארנישט געהאט פון דער מדה פון 'חסד'‪ .‬און דאס קען זיין דער‬ ‫פשט אינעם זוהר הק'‪ ,‬אז נאך דער עקידה‪ ,‬וואס יצחק איז געווארן‬ ‫'נכלל' אין אברהם‪ ,‬דאס הייסט‪ ,‬אז כאטש וואס זיין עיקר מדה איז‬ ‫ווייטער געווען 'גבורה' – האט ער אבער באקומען א שייכות אויך צו‬ ‫דער מדה פון חסד – איז ער שוין געווען 'ראוי להוליד'‪ ,‬דאס הייסט‪,‬‬ ‫עס האט שוין געקענט ארויסקומען פון אים א יעקב אבינו דער 'בחיר‬ ‫שבאבות'‪ ,‬וואס ער איז געווען בשלימות אין ביידע מדות‪.‬‬ ‫זיין הדרת פנים ווייזט אויף זיין 'מיזוג המדות'‬ ‫און דאס האט טאקע רבקה דא געטראפן ביי יצחק'ן‪ ,‬אז פון איין זייט‬ ‫איז ער טאקע 'מדת היראה' – וואס דאס האט זי געזען פון דעם‬ ‫וואס ער דאווענט אין א בקעה‪ ,‬און שפעטער האט זי געזען אז עס‬ ‫איז ארויפגעפאלן אויף איר א יראה‪ ,‬אבער פון צווייטן זייט האט זי‬ ‫געזען אז ער האט אויך א 'הדרת פנים'‪ ,‬וואס דאס איז דער ענין פון‬ ‫'תפארת'‪ ,‬ממילא האט זי געזען אז ער האט עפעס א שייכות אויך‬ ‫מיט די מדה פון חסד‪ .‬און אויב אזוי‪ ,‬וועט מען דא קענען ממשיך זיין‬ ‫א יעקב אבינו‪.‬‬ ‫אויב האלט מען זיך אין ביידע מדות – פאלט מען קיינמאל נישט ארויס‬ ‫מיט דעם קען מען פארשטיין דעם מדרש‪" :‬ותפול מעל הגמל –‬ ‫ֹ ֹ‬ ‫איתרכינת‪ ,‬היך מה דאת אמר (תהלים לז‪ ,‬כד) ִּכי יִ ּפל לא י ּו ָטל" –‬ ‫דער מדרש איז דא מסביר‪ :‬ווייסטו וואס עס איז די מעלה‪ ,‬אז מען‬ ‫דינט דעם אייבערשטן מיט ביידע מדות‪ ,‬אהבה און יראה? ווייל‬ ‫דורכדעם וואס מען האלט זיך אין די ביידע מדות – פאלט מען נישט‬ ‫זי‬ ‫אראפ! ווייל אויב א מענטש דינט דעם אייבערשטן בלויז מיט אהבה‬ ‫– קען ער לא עלינו פארקריכן‪ ,‬אז ווען ער שפירט נישט קיין אהבה‬ ‫– טוט ער גארנישט‪ ,‬און אזוי קען ער חס ושלום אינגאנצן אראפפאלן‪.‬‬ ‫אזוי אויך פארקערט‪ ,‬טאמער א א מענטש דינט דעם אויבערשטן‬ ‫בלויז מיט יראה‪ ,‬קען ער אויך אראפפאלן אין א מצב וואס פון גרויס‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫פחד קען ער גארנישט זיך נעמען טון‪ ,‬אדער אז אויב ער שפירט נישט‬ ‫קיין יראה – טוט ער נישט‪ ,‬און דאס טויג ווייטער נישט‪ .‬אבער די‬ ‫ביידע מדות צוזאמען איז א שמירה‪ ,‬אז אפילו ווען ער פאלט דורך‬ ‫אין איין מדה – האלט ער זיך מיט די אנדערע מדה‪ .‬אויב שפירט ער‬ ‫נישט היינט קיין אהבה – דינט ער דעם אייבערשטן מיט יראה‪ ,‬און‬ ‫אויב מארגן פילט ער נישט קיין יראה ‪ -‬דינט ער דעם אייבערשטן‬ ‫ֹ‬ ‫מיט אהבה‪ .‬און דאס איז דער צושטעל צום פסוק‪ִּ :‬‬ ‫"כי יִ ּפל" – אפילו‬ ‫ֹ‬ ‫ווען דער מענטש פאלט אראפ פון איין מדה‪" ,‬לא י ּו ָטל" – פאלט ער‬ ‫אבער נישט אראפ צו דער ערד‪ ,‬ווייל ער האט אלעמאל די אנדערע‬ ‫מדה וועלכע האלט אים אונטער און ראטעוועט אים‪ .‬און דערפאר‬ ‫איז רבקה אזוי נתפעל געווארן פון דאס וואס זי האט דא געזען ביי‬ ‫יצחק אז ער דינט דעם אייבערשטן מיט ביידע מדות‪ ,‬וואס דורכדעם‬ ‫פאלט מען קיינמאל נישט אראפ‪.‬‬ ‫רבקה האט פארשטאנען אז יצחק קען משפיע זיין ביידע מדות פאר די דורות ווייטער‬ ‫רבקה איז אבער נאכנישט געווען צופרידן בלויז פון דעם וואס זי‬ ‫האט געזען אז יצחק האט ביידע מדות 'אין זיך'‪ ,‬נאר זי האט‬ ‫געוואלט זען אז ער קען דאס אויך משפיע זיין אויף אנדערע‪ .‬ווייל‬ ‫דא דארף ער דאך אראפברענגען א יעקב אבינו‪ ,‬נו‪ ,‬דארף ער דאך‬ ‫קענען ממשיך זיין און משפיע זיין זיינע מדות אויף אנדערע‪ .‬ממילא‪,‬‬ ‫איז זי נאכנישט אזוי נתפעל געווארן בלויז פון דעם וואס זי האט‬ ‫געזען אז ער דאווענט אויפן פרייען פעלד – וואס דאס ווייזט אז ער‬ ‫איז א ירא שמים בשלימות‪ ,‬וואס דער מקום איז גארנישט משפיע‬ ‫אויף זיין יראה – ווייל דאס איז נאר א ראיה אז ער יראת שמים אין‬ ‫זיך‪ ,‬אבער מהיכי תיתי אז ער קען דאס משפיע זיין אויף אנדערע?‬ ‫דערפאר זאגט דער מדרש‪" :‬ראתה אותו ָהד ּור" – זי האט געזען אז‬ ‫יצחק'ס הדרת פנים האט געווארפן א התפעלות אויף איר‪" ,‬ותוהא‬ ‫מפניו" און אויך האט עס געווארפן אויף איר א יראה‪ ,‬אויב אזוי‪ ,‬האט‬ ‫חי‬ ‫זי שוין געזען אז ער האט א כח משפיע צו זיין די ביידע מדות אויף‬ ‫אנדערע‪ ,‬און אויב אזוי‪ ,‬וועט ער קענען ממשיך זיין א יעקב אבינו‪.‬‬ ‫יוסף הצדיק האט געקענט פועל'ן ישועות און אויך א מפלה פאר די שונאי ישראל‬ ‫די גמרא זאגט (ברכות נה‪" :):‬כל החלומות הולכין אחר הפה" – יעדער‬ ‫חלום וויאזוי עס זאל ווערן אויסגעפירט אויף למעשה‪ ,‬דאס‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫ווענדט זיך וויאזוי מען איז דאס פותר‪ ,‬טאמער איז מען דאס פותר‬ ‫צום גוטן – וועט זיך עס אויסלאזן גוט‪ ,‬און אזוי פארקערט‪ .‬און די‬ ‫גמרא לערנט עס ארויס פון יוסף הצדיק‪ ,‬וואס עס שטייט (בראשית מא‪,‬‬ ‫ׁ‬ ‫יג)‪" :‬וַ יְ ִהי ַּכ ֲא ֶשר ּ ָפ ַתר ָלנ ּו ֵּכן ָהיָ ה" – דאס וואס עס האט זיך אזוי‬ ‫אויסגעלאזט מיטן שר המשקים און שר האופים‪ ,‬איז געקומען ווייל‬ ‫יוסף האט אזוי פותר געווען דעם חלום! טאמער וואלט ער אנדערש‬ ‫פותר געווען – וואלט אנדערש געווען! פארשטייט זיך אליינס‪ ,‬אז‬ ‫נישט יעדער קען דאס‪ ,‬נאר דאס איז א כח פון א צדיק וואס זיין דיבור‬ ‫איז הייליג און ער קען דורכן דיבור גוזר זיין און ממשיך זיין וויאזוי‬ ‫עס זאל זיך פירן‪ .‬קומט אויס‪ ,‬אז דא זעט מען אז יוסף האט געדינט‬ ‫דעם אייבערשטן מיט הפכיות'דיגע מדות‪ ,‬ווייל פון איין זייט האט ער‬ ‫דא ממשיך געווען א ישועה פארן שר המשקים ארויסצוגיין פון‬ ‫תפיסה‪ ,‬און פארן שר האופים – וואס מן הסתם אז ער איז געווען א‬ ‫רשע און עס איז זיך אים געקומען א מפלה – האט ער ממשיך געווען‬ ‫דאס פארקערטע‪.‬‬ ‫יוסף האט געקענט משפיע זיין פאר אנדערע אידן סיי מדת החסד און סיי מדת הגבורה‬ ‫פון די ביידע פסוקים וואס דער בעלזער רב ברענגט‪ ,‬זעט מען טאקע‪,‬‬ ‫אז יוסף הצדיק איז געווען א 'ירא אלקים' און א 'יפה תואר'‪.‬‬ ‫אבער דער מדרש ברענגט נישט די דאזיגע פסוקים‪ ,‬ווייל דארט זעט‬ ‫מען נאכנישט אז יוסף האט געקענט 'משפיע' זיין אויף אנדערע די‬ ‫ביידע מדות‪ .‬און רבקה איז דאך דא בעיקר נתפעל געווארן פון דעם‬ ‫וואס זי האט געזען‪ ,‬אז יצחק קען משפיע זיין די ביידע הפכיות'דיגע‬ ‫מדות אויף אנדערע‪ .‬און דערפאר ברענגט דער מדרש דעם פסוק‪:‬‬ ‫ֹ ֹ‬ ‫"ה ֵ ּנה ַ ּב ַעל ַה ֲחלמות ַה ָ ּלזֶ ה ָ ּבא" – וואס דא זעט מען יא די השפעה וואס‬ ‫ִ‬ ‫יוסף האט משפיע געווען די ביידע מדות אויף אנדערע‪ ,‬אז פארן שר‬ ‫המשקים האט ער משפיע געווען 'חסד' און פארן שר המשקים האט‬ ‫ער משפיע געווען 'גבורה'‪.‬‬ ‫טי‬ ‫היוצא לנו מזה‪ :‬א איד דארף אלעמאל טון רצון ה' לויטן מצב און‬ ‫לויטן מציאות וואס עס פארלאנגט זיך‪ ,‬אמאל דארף מען נוצן‬ ‫די מדה פון כעס אויף רשעים‪ ,‬און אמאל דארף מען נוצן די מדה פון‬ ‫רחמנות אויף אידן‪ ,‬אמאל דארף מען זיין איידל און נזהר זיין אין‬ ‫יענעמ'ס כבוד‪ ,‬און אמאל איז דא א מצב פון חילול ה' וואס 'אין‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫חולקין כבוד לרב'‪ ,‬און אזוי יעדעס מאל דארף מען זען וואס עס איז‬ ‫דער רצון ה'‪ .‬און דאס איז נישט קיין לייכטע עבודה‪ ,‬ווייל דאס מיינט‬ ‫אז מען דארף צוברעכן דעם גאנצן אייגענעם נגיעה וואס א מענטש‬ ‫איז אמאל נוטה צו איין מדה לפי טבעו‪ ,‬און זיך אוועקגעבן בלויז‬ ‫פארן רצון ה'‪ .‬אבער 'מעשה אבות סימן לבנים'‪ ,‬די אבות הקדושים‬ ‫און די אמהות הקדושות האבן אויסגעטראטן פאר אונז דעם וועג‪,‬‬ ‫און פון זיי קען מען שעפן כוחות זיך צו פירן אויף דעם וועג‪ ,‬ביז מיר‬ ‫וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה בימינו‪ ,‬אמן‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫כ‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫‪Ƿ‬‬ ‫ממה שסיפר תחת השיחים במשך השנים‬ ‫דיבורים וסיפורים ‪-‬‬ ‫הרה"ק רבי יעקב ב"ר דוד יצחק זצ"ל לייזער מפשעווארסק‬ ‫כ"ז חשוון תשנ"ט לפ"ק‬ ‫אויף רבי יאנקעלע זכרונו לברכה איז באמת דא אזויפיל צו דערציילן‪,‬‬ ‫אונז האבן דאך אזויפיל מיטגעהאלטן ביי אים שבתים און ימים‬ ‫טובים‪ ,‬אז עס איז שווער זיך צו מצמצם זיין‪ ,‬מען ווייסט פשוט נישט‬ ‫וואו אנצוהייבן‪...‬‬ ‫דורך סיפורי צדיקים קען מען זיין דבוק צו צדיקים‬ ‫ער פלעגט זאגן‪ ,‬אז דורך די סיפורי צדיקים וואס ער דערציילט –‬ ‫קען ער א טובה טון און ענטפערן א תשובה פאר א איד‪ ,‬ווייל‬ ‫יעדע מעשה פון א צדיק‪ ,‬איז ביי אים כאילו ער האט עס געהערט פון‬ ‫די 'חכמי המשנה'!‬ ‫דאס איז געווען זיין כח‪ ,‬ער האט פארציילט מעשיות פון צדיקים‪ ,‬און‬ ‫מיט דעם ממשיך געווען דעם כח פון די פריערדיגע צדיקים‪.‬‬ ‫די בכיות ביי די 'תמניא אפי'‬ ‫רבי יאנקעלע זכרונו לברכה איז נישט געווען קיין בעל בכי‪ ,‬אבער‬ ‫ווען עס איז געקומען צו די תמניא אפי ביי די חנוכה לעכט‪,‬‬ ‫האט ער זיך אביסל ארויסגעוויזן‪ .‬איינמאל ווען איך בין דארט געווען‪,‬‬ ‫האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן‪ ,‬ער האט אויסגעפלאצט אין‬ ‫בכיות נוראות‪.‬‬ ‫זיין התעוררות פון קידוש און ה' מלך‬ ‫רבי יאנקעלע זכרונו לברכה האט געזאגט‪ ,‬אז דאס מערסטע איז ער‬ ‫נתעורר געווארן ביים רבי'ן זכרונו לברכה (מסאטמאר) פון זיין‬ ‫קידוש פרייטאג צו נאכטס און ה' מלך ביי שלש סעודות‪.‬‬ ‫אכ‬ ‫ער האט באהאלטן זיין גדלות אין פשטות‬ ‫ההיינט איז דאך די יארצייט פונעם הייליגן רבי יאנקעלע‪ ,‬דער‬ ‫פשעווארסקער רבי זכותו יגן עלינו‪ .‬וואס מען האט ביי אים‬ ‫הועתק מן הדברי כיבושין ‪ -‬מספר אמרי מנחם פר' חיי שרה שנה א עמ' מח‪.‬‬ ‫ה‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫געזען‪ ,‬ממילא [אפגערעדט] תורה מיט מדות‪ ,‬מיט חסידות‪ ,‬וואס איז‬ ‫געווען מיט אזא הפלא'דיגע מדה‪[ .‬אבער] די אלע זאכן האט ער‬ ‫באהאלטן אין דער 'בחינות העניוות'! ער איז געווען ממש ביי זיך‬ ‫[צובראכן] ממש כעפרא דארעא! ווער עס האט געזען די גאנצע‬ ‫הנהגה‪[ ,‬האט געזען אז] ער איז ביי זיך געווען צובראכן‪.‬‬ ‫זיין כח ההשפעה איז געקומען פון עניוות‬ ‫און "אני שוכן את דכא" שטייט דאך אין פסוק; [וואו עס איז דא ענוה]‬ ‫דארט איז דא 'השראת השכינה'‪ .‬און אויב עס איז דא 'השראת‬ ‫השכינה'‪ ,‬איז נישטא קיין קטרוג פון די סטרא אחרא‪ ,‬און דעמאלט‬ ‫קען מען משפיע זיין השפעות טובות‪ .‬און מיט דעם כח טאקע איז ער‬ ‫געווען דער געוואלדיגער משפיע! ער האט דאך ממש באוויזן 'דברים‬ ‫נפלאים' וואס יעדער האט געזען ביי זיך‪ ,‬נישט בלויז 'איש מפי איש'‪,‬‬ ‫[נאר] וואס מען האט דאס געזען טאקע 'בדידיה הוה עובדא'‪ ,‬וואס‬ ‫יעדער קען דערציילן מעשיות נוראות ונפלאות‪.‬‬ ‫מלבש געווען דעם מופת אין א 'דרך הטבע'‬ ‫[מען וועט] דערציילן א מעשה‪[ ,‬עס] איז כדאי‪ :‬ביי מיין אייניקל זאל‬ ‫זיין געזונט איז געווען עפעס‪ ,‬אנגעהויבן ‪-‬לא עלינו ולא עליכם‬ ‫‪-‬יסורים אינעווייניג‪ ,‬מורא'דיגע מורא'דיגע יסורים‪ .‬מען איז געלאפן‬ ‫צו דאקטוירים פארשטייט זיך‪ ,‬און זיי האבן געזאגט מען מוז שוין‬ ‫אפערירן‪ .‬דער טאטע פון דעם קינד האט געזאגט‪ ,‬אז ער וועט נישט‬ ‫אפערירן ביז ער פרעגט נישט דעם פשעווארסק'ער רבי'ן‪ ,‬רבי‬ ‫יאנקעלע! ער גייט נישט צו קיין אפעראציע!‪ .‬ער רופט אן רבי‬ ‫יאנקעלע מזכיר זיין דאס קינד‪ ,‬גיבט ער א זאג‪" :‬מסתם איז דאס פון‬ ‫אן עסן!"‪ .‬אזוי ווי ער האט באקומען תשובה‪ ,‬אז דער רבי האט‬ ‫געזאגט אז עס איז פון אן עסן‪ ,‬האט ער געזאגט‪" :‬איך מאך נישט קיין‬ ‫אפערעישאן! עס איז נישטא קיין אפערעישאן!"‪ .‬עס איז [טאקע]‬ ‫דורכגעגאנגען אן קיין אפערעישאן‪[ ,‬און] זי איז געזונט! דער‬ ‫בכ‬ ‫אויבערשטער זאל העלפן ווייטער לאריכות ימים ושנים‪[ ,‬זי זאל] זיין‬ ‫געזונט מיט די גאנצע משפחה אלע צוזאמען‪.‬‬ ‫אלעס וואס ער האט געהאט אין זיך איז געווען פונעם "אני שוכן את‬ ‫דכא"‪[ ,‬ווייל] דאס 'עניוות' ‪ -‬דאס ברענגט 'השראת השכינה'‪,‬‬ ‫און אז עס איז דא 'השראת השכינה' ‪ -‬דארטן ליגט אלעס‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫דער אויבערשטער זאל העלפן‪ ,‬זאל מען זוכה זיין [אז] דער צדיק‬ ‫זאל מגין זיין אויף אונז‪ ,‬ער זאל ווייטער משפיע זיין 'בני'‪' ,‬חיי'‪,‬‬ ‫'ומזוני רויחי'‪ ,‬מיט 'רפואות' [און] מיט 'ישועות' וואס אלע אידישע‬ ‫קינדער דארפן‪ .‬ער האט דאך געלעבט מיט אונז‪ ,‬ער האט דאך געזען‬ ‫דעם דור [און] ער האט דאך געזען וואס טוט זיך‪ ,‬און ער האט [אויך]‬ ‫געזען דעם פריערדיגן דור‪ ,‬ממילא האט ער דאך געזען וואס אידן‬ ‫זענען אין א [שווערן] מצב‪ ,‬זאל ער זיין – דער אייבערשטער זאל‬ ‫העלפען ‪ -‬א מליץ יושר אז אידן זאל געהאלפן ווערן מיט רפואות‪,‬‬ ‫מיט ישועות‪ ,‬מיט נחת ברוחניות ובגשמיות‪ ,‬און מיר זאלן שוין זוכה‬ ‫זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל‪ ,‬זאל מען זוכה זיין צו די‬ ‫גאולה שלמה במהרה בימינו אמן‪.‬‬ ‫*‬ ‫הרה"ק רבי צבי הירש בהרה"ק ר' יהודה לייב הכהן זצ"ל מרימנוב‬ ‫א' דר"ח כסלו תר"ז‬ ‫געשטאנען ביי זיין קלאמקע‬ ‫דער הייליגער רבי ר' הערש פון רימנוב זצ"ל איז אמאל געקומען‬ ‫קיין ראפשיץ‪ ,‬און געוואלט אריינגיין צום ראפשיצער רב זצ"ל‪.‬‬ ‫האט ער דארט געטראפן דעם זון רבי אליעזר'ל דזשיקוב'ער זצ"ל ווי‬ ‫ער שטייט מיטן טאבאק פושקע און ער קלאפט דערויף מיטן פינגער;‬ ‫ווי דער שטייגער פון די פארצייטישע צדיקים‪ .‬גיבט דער רבי ר'‬ ‫הערש אים א פרעג‪" :‬וואס ווארט איר דא?"‪ .‬זאגט ער‪" :‬ביי מיר אין‬ ‫שטוב‪ ,‬איז א קינד נישט געזונט געווארן‪ ,‬און איך וויל אריינגיין מזכיר‬ ‫גכ‬ ‫זיין צום פאטער"‪ .‬זאגט ער‪" :‬גיבט מיר דעם טאבאק פושקע וועט‬ ‫דאס קינד האבן א רפואה"‪ .‬האט עס פארדראסן פאר רבי אליעזר'ל‪,‬‬ ‫אז דא 'באתרא דמר'‪ ,‬ווי זיין פאטער איז דער רבי‪ ,‬קומט ָאן דער רבי‬ ‫ר' הערש און פראוועט רבי'סטווע‪.‬‬ ‫שפעטער ווען ער איז אריינגעגאנגען צום טאטן מזכיר געווען‪ ,‬האט‬ ‫ער זיך אנגערופן‪" :‬טאטע‪ ,‬וואס זאגסטו אויפן רבי'ן ר'‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫הערש? ער גיבט מיר א זאג‪ :‬גיב מיר דעם טאבאק פושקע וועט דאס‬ ‫קינד האבן א רפואה"‪ .‬האט דער ראפשיצער רב געזאגט‪" :‬אזוי האט‬ ‫ער געזאגט? גיי שוין גיב אים די טאבאק פושקע! דו וועסט נאך‬ ‫אמאל שטיין ביי זיין קלאמקע!"‪.‬‬ ‫לימים איז רבי אליעזר'ל אמאל געקומען צום רבי'ן ר' הערש‪ .‬ווי נאר‬ ‫די גבאים האבן געזען אז דער דזשיקוב'ער רב איז דא‪ ,‬האבן‬ ‫זיי אים באלד געלאזט אריינגיין צום רבי'ן ר' הערש‪ .‬אבער דער רבי‬ ‫אליעזר'ל האט זיי געזאגט‪" :‬ניין! דער טאטע האט געזאגט איך וועל‬ ‫שטיין ביי זיין קלאמקע‪ ,‬וויל איך דא ווארטן"‪ ...‬און ער איז אזוי‬ ‫געשטאנען מיטן שטעקן און געווארט א שטיק צייט ביים טיר‪.‬‬ ‫דער יחוס פונעם רבי'ן ר' הערש‬ ‫דער רבי ר' הערש איז געווען א מחותן מיטן רוזשינער זצ"ל‪ .‬בשעת'ן‬ ‫שידוך האט זיך דער רוזינער אנגערופן‪" :‬ביי אונז פירט מען זיך‬ ‫אויסצורעכענען דעם יחוס בשעת'ן שידוך שליסן"‪ .‬און ער האט‬ ‫אויסגערעכנט דעם פאטער הרה"ק רבי שלום שכנא זצ"ל‪ ,‬דער זיידע‬ ‫הרה"ק רבי אברהם המלאך זצ"ל‪ ,‬דעם עלטער זיידן הרה"ק דער רבי‬ ‫ר' בער זצ"ל‪ ,‬דער זיידע הרה"ק דער מאור עינים זצ"ל און דער‬ ‫פעטער הרה"ק רבי מאטעלע טשערנאבלער זצ"ל‪.‬‬ ‫דערנאך האט ער זיך אנגערופן צום רבי'ן ר' הערש‪" :‬און יעצט‬ ‫רעכנט איר אויס"‪ .‬האט זיך דער רבי ר' הערש אנגערופן‪:‬‬ ‫"איך האב געהאט א טאטן א שניידער‪' ,‬אלטס' (אלטע מלבושים) האט‬ ‫ער פארראכטן‪ ,‬און נייע זאכן האט ער נישט קאליעו געמאכט"‪ .‬האט‬ ‫דער רוזשינער געזאגט‪" :‬שוין‪ ,‬שוין!" (ווי איינער זאגט‪ :‬גענוג‪ ,‬גענוג‪ ,‬איך דארף‬ ‫נישט מער פון דעם)‪.‬‬ ‫הערן נאך איינמאל דעם 'נטית ימינך'…‬ ‫דער אמרי נועם האט געזאגט‪" :‬די וועלט זאגט אויף מיר אז איך בין‬ ‫דכ‬ ‫א קארגער‪ ,‬איך האב הונדערט פופציג זילבערנע בעכערס‬ ‫דרשה געשאנק‪ ,‬איך וואלט עס אלעס אוועקגעגעבן‪ ,‬אז איך זאל‬ ‫דאס איז מרמז‪ ,‬אז ער האט פארראכטן אלע אלטע פגמים‪ ,‬און קיין נייע האט‬ ‫ו‬ ‫ער נישט פוגם געווען‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫קענען נאך איין מאל הערן דעם רבי'ן ר' הערש זאגן‪" :‬נטית ימינך‬ ‫תבלעמו ארץ"‪.‬‬ ‫אינטערעסאנט‪ ,‬אז פון גאנץ 'אז ישיר' האט אים פונקט דער פסוק‬ ‫געכאפט‪.‬‬ ‫אז ער האט נישט – גיבט ער נישט‬ ‫דער צאנזער רב זצ"ל האט געזאגט‪" :‬איך בין מקנא דעם רבי'ן ר'‬ ‫הערש‪ ,‬האט ער (געלט צו געבן צדקה) – גיבט ער‪ ,‬האט ער נישט –‬ ‫גיבט ער נישט‪ .‬איך אז איך האב נישט צו געבן‪ ,‬פאלט פון מיר‬ ‫שטיקער פלייש"‪ .‬דער צאנזער רב‪ ,‬טאמער ער האט נישט געהאט צו‬ ‫געבן‪ ,‬פלעגט ער זיך בארגן געלט‪ .‬מען זאגט דאך נאך‪ ,‬אז פסח‬ ‫ביינאכט האט ער קידוש געמאכט אויף א גלאזערנעם בעכער‪ ,‬ווייל‬ ‫ער האט געהאט פאר'משכנ'ט דעם זילבערנעם בעכער פאר זיינע‬ ‫צדקות‪.‬‬ ‫לכאורה איז שווער‪ :‬אויבנאויף איז דאך די מדרגה פון צאנזער רב‬ ‫גרעסער‪ ,‬אז ער קען נישט אויסהאלטן יענעמ'ס צער און‬ ‫ער מוז געבן צדקה‪ ,‬נו‪ ,‬פארוואס האט דער צאנזער רב מקנא געווען‬ ‫די מדרגה פון רבי'ן ר' הערש?‬ ‫נאר עס קען אפשר זיין א שטיקל הסבר דערין‪ ,‬לויט אן אנדערע‬ ‫מעשה‪ ,‬אז מען האט אמאל געפרעגט דעם צאנזער רב‪" :‬דער‬ ‫שינאווער רב איז דאך אויך אן ערליכער איד‪ ,‬און ער גיבט נאר א‬ ‫חומש‪ ,‬פארוואס גיבט דער רב אוועק דאס גאנצע פארמעגן?"‪ .‬האט‬ ‫דער צאנזער רב געענטפערט‪" :‬ער איז דאך אן ערליכער איד‪ ,‬אבער‬ ‫אזא חוטא ופושע ווי איך‪ ,‬כל מה שבידו יתן בעד נפשו"‪.‬‬ ‫ממילא‪ ,‬האט דער צאנזער רב געהאלטן‪ ,‬אז ביים רבי'ן ר' הערש איז‬ ‫די צדקה נישט אלס "וחטאך בצדקה פרוק"‪ ,‬נאר פשוט אלס‬ ‫הכ‬ ‫מצות צדקה‪ ,‬און אויב ער האט נישט‪ ,‬איז ער נישט מחויב‪ .‬אבער דער‬ ‫צאנזער רב האט געהאלטן‪ ,‬אז ער דארף געבן אלעס‪ ,‬און אויב ער‬ ‫האט נישט‪ ,‬פאלט פון אים שטיקער פלייש‪" :‬וואס וועט זיין מיט זיינע‬ ‫חטאים?"‪ .‬דעריבער האט ער מקנא געווען די מדרגה פונעם רבי'ן ר'‬ ‫הערש‪.‬‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫מיט העק אין הימל‬ ‫דער צאנזער רב האט געזאגט‪" :‬קיינער איז נישט אנקומען צו קיין‬ ‫מדרגות ָאן לערנען תורה‪ ,‬איי דער רבי ר' זושא און דער רבי ר'‬ ‫הערש? זיי זענען ארויף מיט העק אין הימל!"‪.‬‬ ‫קדושתו למעלה…‬ ‫דער רבי ר' הערש פלעגט בענטשן ווייבער‪ .‬און דער ארי' דבי עלאי‬ ‫זצ"ל איז געווען דערגעגן‪ .‬אמאל איז דער רבי ר' הערש פלוצלינג‬ ‫אנגעקומען קיין ווישניצא‪ ,‬און ער איז אריין צום ארי' דבי עלאי אין‬ ‫ביהמ"ד‪ ,‬און האט זיך געזעצט נעמען קוויטלעך‪ .‬נו‪ ,‬אז מען האט‬ ‫געהערט אין שטאט אז דער רבי ר' הערש – וואס ער איז געווען‬ ‫באוואוסט אלס דער גרויסער 'פועל ישועות' – איז דאהי‪ ,‬איז זיך‬ ‫צוזאמגעקומען אן עולם‪ ,‬און עס זענען אויך געקומען ווייבער מיט‬ ‫קוויטלעך‪.‬‬ ‫דער ארי' דבי עלאי איז דאך געווען א מתמיד נפלא‪ ,‬און ער האט‬ ‫נישט מפסיק געווען אינמיטן לערנען פאר כל הון דעלמא‪.‬‬ ‫אבער דא איז געווען א חידוש‪ ,‬ער האט זיך אויסגעדרייט צום רבי'ן ר'‬ ‫הערש און געקוקט ווי ער נעמט קוויטלעך‪ .‬אזוי איז ער געזעסן א‬ ‫האלבע שעה און געקוקט‪ ,‬און דערנאך האט ער געזאגט‪" :‬ער קען!"‪.‬‬ ‫און זינט דעמאלט האט ער זיך שוין מער נישט מתנגד געווען צו זיין‬ ‫מנהג‪.‬‬ ‫באלאכטן זיין נשמה‬ ‫דער שינאווער רב זצ"ל ברענגט אין דברי יחזקאל (פר' נשא)‪ ,‬אז ער‬ ‫האט געהערט פון רבי'ן ר' הערש‪ ,‬ווי ער האט געזאגט‪" :‬נשא‬ ‫את ראש בני גרשון גם הם" – דו זאלסט אויפהייבן די אידן וואס זענען‬ ‫פארטריבן אין זייערע אויגן"‪ .‬און ער (דער שינאווער רב זצ"ל) האט‬ ‫דעמאלט געשפירט ווי ער האט אים באלאכטן זיין נשמה‪.‬‬ ‫וכ‬ ‫מחיל אל חיל‪ :‬פון רבי'ן ר' הערש'נס דאווענען צו רבי אשר'לס טיש‬ ‫דער שינאווער רב זצ"ל האט געזאגט‪" :‬ווי גוט איז געווען‪ ,‬צו גיין פון‬ ‫רבי'ן ר' הערש'נס דאווענען – צום רבי'ן ר' אשר'לס טיש‪ ,‬און פון‬ ‫רבי'ן ר' אשר'לס טיש – צום רבי'ן ר' הערש'נס דאווענען"‪ .‬דאס זענען‬ ‫אמרי מנחם ‪ /‬חיי שרה‬ ‫געווען צוויי פון זיינע רבי'ס‪ ,‬דער דריטער איז געווען דער ערשטער‬ ‫בעלזער רב זצ"ל‪.‬‬ ‫‪4‬‬ ‫זכ‬ ‫‪yz‬‬ ‫ברכת מזל טוב‬ ‫נשגר בזה ברכת מזל טוב למעלת כבוד ידידינו הרבני הנגיד החסיד המפואר‪,‬‬ ‫בנן של קדושים אראלים ותרשישים‪ ,‬פרי עץ אבות‪ ,‬איש יקר ורב תבונות‪ ,‬רחים‬ ‫ומוקיר רבנן ואיהו גופי' צורבא מרבנן‪ ,‬קובע עתים לתורה בהתמדה נפלאה‪,‬‬ ‫לבו ער וחם להאזין לנדכאי לב ותמיד פתוח לעזור לזולתו במדה גדושה‪ ,‬זכה‬ ‫להתגדל בביהמ"ד של מרן רבינו זי"ע וליהנות ולהתעלות מתפלותיו ודברי תורתו‬ ‫ה"ה הרב רבי שלמה ווייס שליט"א‬ ‫מהתומכים החשובים של המכון אמרי מנחם‬ ‫בן לידידנו הרב הצדיק חו"פ רבי חיים אלעזר שליט"א שו"ב‬ ‫אדמו"ר מחמעלניק – ליזענסק‬ ‫לרגל אירוסי בתו תחי' בשעטומ"צ‬ ‫עב"ג הבחור החתן המו"מ בתויר"ש‬ ‫צו הערן די‬ ‫נכד הרב הצדיק‪ ,‬החסיד המפואר‪ ,‬שייף עייל ושייף נפיק‪,‬‬ ‫מוה"ר רבי אשר ניימאן שליט"א עמו"ש‬ ‫דברי כיבושין והתחזקות‬ ‫נכד מרן רבינו בעל דברי יחזקאל משינאווא ולמעלה בקודש‬ ‫רופט ‪718-400-7790‬‬ ‫בעל אכסניא של מרן רבינו זי"ע בעיר ה' שמה קרית יואל המעטירה‬ ‫בשבתו בשבתות וימים טובים אצל מרן רבינו קודש הקדשים זיעועכי"א‬ ‫יעזור השי"ת שזכותו הגדול של מרן רבינו וזכות הפצת דברי תורתו יעמוד לך ולזרעך‬ ‫אחריך‪ ,‬שהחתונה תהי' בשעה טובה ומוצלחת‪ ,‬לשם ולתפארת אבוה"ק‪ ,‬ותזכה לראות‬ ‫דורות ישרים ומבורכים זרע ברך ה'‪ ,‬לאריכות ימים ושנים טובים‪ ,‬ותשגשג ותפריח בכל‬ ‫אשר תפנה‪ ,‬וה' יצליח את דרכיך‪ ,‬אמן‬ ‫כ"ד המברך ידידך ומוקירך‬ ‫חיים מאיר וואגשאהל‬ ‫בשם מכון אמרי מנחם‬ ‫‪zy‬‬