עולת שבת מונקאטש - אידיש · Olas Shabbos Minkatch - Yiddish — חיי שרה (2026-11-02)

זה השער לד'
צדיקים יבאו בו
דברי תורה אין אידיש
בדרכי העבודה והחסידות
עוﬥﬨ
ארויסגענומען פונעם
ספר
שבﬨ
מאת
כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א
ממונקאטש
פרשת וירא
ארויסגעגעבן דורך:
תלמוד תורה תפארת בנים מונקאטש
בנשיאות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א
5202 13th Avenue | Brooklyn, New York 11219
צו באקומען יעדן שבת קודש בבית מדרשינו הגדול
דאס צו באקומען אין אימעיל,
שרייבט אייך איין בייTTTB5202@gmail.com :
עולת שבת -מונקאטש ב
תוכן המאמר:
בספר הקדוש נועם אלימלך מביא בשם רבו ,המגיד
ממעזריטש זי״ע ,כי הקב״ה צמצם עצמו באותיות התורה
הקדושה ,שבהן ברא את העולם ומקיימו .וכל צדיק העוסק
בתורה לשמה ,בקדושה ובטהרה ,ממשיך את הבורא ברוך
הוא ויתעלה בתוך אותיות התורה ,כמו בשעת הבריאה,
ונמצא שדברי תורתו נעשים כלי להשראת השכינה.
ועל יסוד זה יש לבאר את דברי רש״י :״הוא שנתן לו עצה
על המילה ,לפיכך נגלה עליו בחלקו״ .עצתו של ממרא,
שהיתה מכוונת לרצון ד׳ ,היתה נטועה בתורה הקדושה,
שבה גנוז אורו יתברך .בכך הכיר אברהם אבינו כי זו העצה
הראויה ,ולפיכך זכה ממרא שתשרה השכינה בחלקו.
מכאן יש ללמוד גם על מעלת הדיבור בדברי תורה בשבת
קודש ,שהעוסק בה ממשיך בדיבוריו את הבורא ברוך הוא
ויתעלה לתוך אותיות התורה ,וזוכה ל"נחלה בלי מצרים"
דייקא.
וזהו שורש מנהג הצדיקים להרבות באמירת דברי תורה
בשבת ולהשפיע מתורתם לרבים דווקא ביום קדוש זה,
ובכך להמשיך את אורו יתברך בלבבות השומעים .ועל
זה נאמר ״ודבר אלקינו יקום לעולם״ ,כי דברי התורה,
שבהם ממשיכים את אלקינו לתוך אותיות התורה ,אינם
חולפים ועוברים ,אלא קדושתם עומדת לעד.
ג פרשת וירא
עולת שבת -מונקאטש ד
פרשת וירא
ֵַיֵָרא ֵאֵָלָיו ד׳ ְּבֵּאֵֹלֵֹנֵי ַמְַמְ ֵרֵ א ְוְ הּוא ֹי ֵֹׁשׁ ב ֶּפַּתַ ח
ַו ָ
ָהָ ֹאֶֹהֶל ְּכֹּח ֹם ַהַיֹום.
(יח ,א)
ਪ״לפיכך נגלה לו בחלקו״
רש״י הקדוש זאגט אויפ’ן פסוק :״באלוני ממרא -הוא שנתן לו עצה על המילה ,לפיכך נגלה
עליו בחלקו״ .ממרא איז געווען דער וואס האט געגעבן פאר אברהם אבינו די עצה זיך צו מל’ן,
דערפאר האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו אברהם אבינו דוקא אין זיין חלק.
דארף מען פארשטיין ,וואס איז די שייכות צווישן דעם וואס ממרא האט געגעבן די עצה
איבער די ברית מילה ,און דעם וואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו
דוקא אין זיין חלק?
דער מדרש תנחומא (וירא ,סימן ג) דערציילט ,אז אברהם אבינו האט אויך געפרעגט אן עצה ביי
ענר און אשכול איבער די ברית מילה .זיי האבן איהם אבער געראטן זיך נישט צו מל’ן ,צוליב
די סכנה וואס דאס האט געקענט מיטברענגען .נאר ממרא האט איהם געראטן זיך יא צו מל’ן,
און נישט מורא צו האבן פון די סכנה.
דאס דארף מען אויך ריכטיג פארשטיין :אברהם אבינו האט דאך אליינס געהאט א ספק וואס
צו טון ,ביז ער האט געדארפט פרעגן אן עצה ביי זיינע פריינט .אויב אזוי ,פון וואנעט האט ער
געוואוסט אז דוקא די עצה פון ממרא איז די ריכטיגע ,און אז דאס איז וואס דער אויבערשטער
וויל ,און נישט די עצה פון ענר און אשכול?
ה פרשת וירא
ਪ״כביכול״ – מיט די כ״ב אותיות התורה
מען קען דאס אלעס מבאר זיין לויט די הייליגע ווערטער פונעם נועם אלימלך ,וואס ער איז
מפרש אין אונזער פרשה דעם פסוק ״וירא אליו ד׳ באלוני ממרא״:
עס איז דא א גרויסער יסוד אין תורת הקבלה ,וואס ווערט אנגערופן דער סוד הצמצום (עיין
זוהר הקדוש חלק ג רד ,ב ובספר עץ חיים שער א ענף ב).
מיר וועלן נישט מאריך זיין דא אין דעם און נישט אריינגיין אין אלע פרטים דערפון ,נאר עס
בקיצור אראפברענגען וויפיל עס פעילט אויס פאר אונז ,לויט ווי דער הייליגער נועם אלימלך
זי״ע ברענגט עס אראפ.
“כשעלה ברצונו יתברך לברוא העולם״ – ווען דער באשעפער האט געוואלט באשאפן די וועלט
– איז דער ‘אֹור ֵֵאין סֹוף’ ברוך הוא געווען אלעס ,און אנגעפילט אלעס אן קיין שיעור און אן קיין
גרעניץ .אין אזא מצב וואלט נישט געווען קיין פלאץ פאר די וועלט און די באשעפענישן צו האבן
אן אייגענע מציאות ,ווייל אלעס וואלט געווען אינגאנצן בטל אינעם ‘אור אין סוף’ .דערפאר
האט דער אויבערשטער
מצמצם געווען זיין ‘אור אין
סוף’ ,דאס הייסט ,ער האט דער אויבערשטער מצמצם
באהאלטן און פארדעקט זיין געווען זיין ‘אור אין סוף’ ,דאס
אור ,כדי עס זאל קענען ווערן
באשאפן א וועלט.
הייסט ,ער האט באהאלטן און
אבער דא דארף מען
פארדעקט זיין אור ,כדי עס זאל
פארשטיין :וואו האט דער קענען ווערן באשאפן א וועלט.
אויבערשטער באהאלטן זיין
הייליגן אור? אין וואס האט ער איינגעקליידט דעם אור פון זיין קדושה?
אויף דעם ברענגט דער הייליגער נועם אלימלך זי״ע ,אז ער האט געהערט פון זיין רבי’ן ,דער
הייליגער מגיד פון מעזריטש זי״ע ,אז דער אויבערשטער האט זיך מצמצם געווען אין די
אותיות פון די הייליגע תורה ,מיט וועלכע ער האט באשאפן די וועלט.
לויט דעם איז דער מעזריטשער מגיד זי״ע מסביר דעם לשון חז״ל ,וואס מיר געפינען אין
עטליכע פלעצער ,ווען חז״ל רעדן פונעם אויבערשטן און זאגן ״כביכול״ ברוך הוא (עיין עירובין
כב ,א ועוד) .דער מגיד זי״ע זאגט ,אז דאס ווארט ״כביכול״ איז צוזאמגעשטעלט פון די ווערטער
״כ״ב יכול״ ,וואס מיינט צו זאגן ,אז דורך די כ״ב אותיות התורה קען דער אויבערשטער זיין
אויף דער וועלט.
ווייל אין די אותיות התורה ליגט באהאלטן דער ‘אור אין סוף’ ברוך הוא ,און אין זיי האט דער
אויבערשטער זיך אנגעקליידט .דורך די אותיות האט ער באשאפן די וועלט ,און דערמיט
האלט ער אלעס אויף די גאנצע צייט ,יעדע מינוט און יעדע רגע.
לויט די ווערטער פונעם מעזריטשער מגיד זי״ע ,לייגט דער הייליגער נועם אלימלך זי״ע צו
נאך א יסוד .אז יעדע צדיק וואס איז עוסק בתורה לשמה ,מיט קדושה ,טהרה און דביקות ,איז
עולת שבת -מונקאטש ו
דורך זיין לערנען ממשיך דעם אויבערשטן אין די אותיות פון די הייליגע תורה ,אזוי ווי ס’איז
געווען ביים אנהויב פון בריאת העולם .די דברי תורה וואס דער צדיק רעדט ארויס פון זיין
מויל ,ווערן א כלי פאר דעם אויבערשטן צו קומען רוען אין זיי ,און דורך זיי ווערט די שכינה
נתגלה אויף דער וועלט.
מיט דעם איז דער הייליגער
נועם אלימלך זי״ע מפרש
דעם פסוק ״וירא אליו ד׳
די דברי תורה וואס דער
באלוני ממרא״ .ווייל ״ממרא״ צדיק רעדט ארויס פון זיין
איז מלשון אמירה ,וואס מויל ,ווערן א כלי פאר דעם
מיינט רעדן און זאגן ,און
״באלוני״ איז מלשון ״אילן״ ,א אויבערשטן צו קומען רוען
בוים ,וואס איז מרמז אויף די אין זיי ,און דורך זיי ווערט
הייליגע תורה ,פון וועלכער
די מצוות צעשפרייטן זיך ווי
די שכינה נתגלה אויף דער
צווייגן פונעם בוים. וועלט.
דאס איז דער פשט פון
״באלוני ממרא״ – דער בוים פון די אמירות ,דהיינו די דברי תורה ,דורך וועלכע דער צדיק איז
ממשיך דעם אויבערשטן אין די אותיות התורה.
און אזוי איז געווען ביי אברהם אבינו .דורך די הייליגע דברי תורה וואס ער האט געלערנט,
האט ער ממשיך געווען דעם אויבערשטן אין די אותיות התורה ,און זוכה געווען צו השראת
השכינה.
דאס איז וואס דער פסוק זאגט :״וירא אליו ד׳ באלוני ממרא״ – דורך דעם בוים פון זיינע הייליגע
אמירות ,דורך די דברי תורה וואס ער האט גערעדט בקדושה ,האט זיך דער אויבערשטער
באוויזן צו איהם.
ਪאן עצה וואס דערין איז שורה דער רצון ד׳
לויט די הייליגע ווערטער קען מען פארשטיין די שייכות צווישן די עצה וואס ממרא האט
געגעבן פאר אברהם אבינו ,און דעם וואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן דוקא אין
זיין חלק ,און אויך וויאזוי אברהם אבינו האט דערקענט אז די עצה פון ממרא איז טאקע די
ריכטיגע עצה ,וואס דער אויבערשטער וויל.
די עצה פון ממרא איז נישט געווען סתם א קלוגערע עצה פון א חבר ,וואס האט מער
איבערגעצייגט אברהם אבינו ווי די עצות פון די אנדערע חברים .נאר וויבאלד ממרא’ס עצה
איז געווען לויט’ן אמת’ן רצון ד׳ ,איז דאס געווען ווי דברי תורה ,אין וועמענס אותיות דער
אויבערשטער איז באהאלטן.
דערפאר האט אברהם אבינו דערקענט אז ממרא’ס עצה איז די ריכטיגע עצה ,ווייל ער
האט אין דעם דערקענט דעם אויבערשטן ,און פארשטאנען אז דאס איז טאקע וואס דער
אויבערשטער וויל.
ז פרשת וירא
און דאס איז וואס רש״י הקדוש זאגט :״הוא שנתן לו עצה על המילה ,לפיכך נגלה עליו בחלקו״.
ווייל דורך דעם וואס ממרא האט געגעבן די ריכטיגע עצה ,וואס איז געווען ווי תורה און אין
דעם האט זיך דער אויבערשטער באוויזן ,האט ממרא זוכה געווען אז זיין חלק זאל ווערן אן
ארט פאר השראת השכינה ,און דארט האט זיך דער אויבערשטער באוויזן צו אברהם אבינו.
ਪדי שכינה איז שורה אין דברי תורה
לויט דעם קען מען אויך פארשטיין די ווערטער פון רש״י אויפ’ן פסוק ״והוא ישב״.
רש״י הקדוש זאגט :״ישב כתיב ,ביקש לעמוד ,אמר לו הקב״ה :שב ואני אעמוד .ואתה סימן
לבניך ,שעתיד אני להתייצב בעדת הדיינין והן יושבין ,שנאמר (תהלים פב ,א) ׳אלקים נצב בעדת
א-ל׳״.
אברהם אבינו האט געוואלט אויפשטיין ,האט איהם דער אויבערשטער געזאגט :״זיץ ,און איך
וועל שטיין .און דו וועסט זיין א סימן פאר דיינע קינדער ,ווייל אין דער צוקונפט וועל איך
שטיין צווישן די דיינים בשעת זיי זיצן״ ,ווי עס שטייט אין פסוק :״אלקים נצב בעדת א-ל״.
דארף מען פארשטיין ,וואס איז די שייכות צווישן דעם וואס דער אויבערשטער איז געשטאנען
ביי אברהם אבינו ,און דעם וואס דער אויבערשטער שטייט צווישן די דיינים בשעת זיי
פסק’ענען א דין?
נאר לויט וואס מיר האבן
פריער מבאר געווען ,קען ווען דיינים זיצן צוזאמען און
מען פארשטיין ,אז דאס
וואס דער אויבערשטער איז
זענען עוסק אין די הייליגע
געשטאנען ביי אברהם אבינו, תורה ,און זענען מברר דעם
איז געווען ווייל דורך די
הייליגע דברי תורה און עצת
דין על פי תורת אמת ,רוהט
ד׳ ,אין וועלכע עס געפונט די שכינה צווישן זיי ,ווייל אין
זיך דער אויבערשטער ,איז די ווערטער פון זייער תורה
נתגלה געווארן דארט די
שכינה הקדושה .און דאס
געפונט זיך דער אויבערשטער.
איז געווארן א סימן פאר
זיינע קינדער ,אז אזוי וועט זיין אויך אין אלע קומענדיגע דורות :ווען דיינים זיצן צוזאמען און
זענען עוסק אין די הייליגע תורה ,און זענען מברר דעם דין על פי תורת אמת ,רוהט די שכינה
צווישן זיי ,ווייל אין די ווערטער פון זייער תורה געפונט זיך דער אויבערשטער.
ווען דיינים זיצן צוזאמען און זענען מברר דעם דין לויט די הייליגע תורה ,איז דאס נישט סתם
א געווענליכע זאך פון אויסהערן און באשליסן .זיי זענען עוסק אין די ווערטער פון די תורה,
אין וועלכע זיי זענען ממשיך דעם אויבערשטער ,און דורכדעם ווערט זייער בית דין אן ארט
פאר השראת השכינה.
דאס איז וואס דער אויבערשטער האט געזאגט פאר אברהם אבינו :״שב ואני אעמוד ,ואתה
סימן לבניך״ .דאס וואס דער אויבערשטער איז געשטאנען ביי אברהם אבינו איז געווארן א
עולת שבת -מונקאטש ח
סימן פאר אלע קומענדיגע דורות ,אז אומעטום וואו אידן זענען עוסק בתורה לשמה און
זענען מברר דעם אמת פון די תורה ,איז דער אויבערשטער דארט מיט זיי און די שכינה רוהט
אין זייערע דברי תורה.
און דאס איז דער פשט פון ״אלקים נצב בעדת א-ל״ – דער אויבערשטער שטייט צווישן די
דיינים וואס זענען עוסק אין מברר זיין דעם דין על פי תורת אמת ,און די שכינה רוהט אויף זיי
און אודאי איז דער לימוד נישט נאר פאר דיינים ,נאר פאר יעדן איד .איבעראל וואו אידן
לערנען תורה מיט התמדה ,מיט קדושה וטהרה ,מיט אן אמת’ן רצון צו פארשטיין דעם דבר
ד׳ ,קענען זייערע דברי תורה ווערן אן ארט פאר דעם באשעפער כביכול אליין .סיי אין בית
המדרש און סיי אין א אידישן שטוב ,ווען מען לערנט תורה באמת און מיט דביקות ,קען דער
באהאלטענער אור פונעם אויבערשטן דארט נתגלה ווערן.
ਪדי מעלה פון דברי תורה אין שבת קודש
לויט דעם קען מען אויך פארשטיין די גרויסע מעלה פון רעדן דברי תורה אין שבת קודש.
אויפ’ן פסוק (ישעיה נח ,יג) ״וקראת לשבת עונג וגו׳ וכבדתו מעשות דרכיך ממצוא חפצך ודבר
דבר״ ,דרש’נן חז”ל (שבת קיג ,ב) :״שלא יהא דבורך של שבת כדבורך של חול״ – אז די רייד וואס
א מענטש רעדט אום שבת זאלן נישט זיין אזוי ווי זיינע רייד אין די וואכן טעג.
ווייל שבת קודש איז א הייליגער און געבענטשטער טאג ,און די קדושה פונעם טאג איז אויך
משפיע אויף די ווערטער פונעם מענטש .ממילא ,ווען אידן זענען עוסק בתורה אין שבת,
האבן זייערע דברי תורה א ספעציעלע מעלה ,ווייל די דברי תורה ווערן מער געהייליגט מיט
דער קדושה פונעם טאג ,און
זענען א כלי פאר השראת
השכינה.
וען אידן זענען עוסק בתורה
דערפאר האבן חז״ל אונז אין שבת ,האבן זייערע דברי
געלערנט און געווארענט אז תורה א ספעציעלע מעלה,
די רייד אין שבת זאלן נישט
זיין ווי אין א געווענליכן וואכן ווייל די דברי תורה ווערן מער
טאג ,נאר מען זאל זעהן צו געהייליגט מיט דער קדושה
רעדן זאכן וואס זענען פאסיג
פאר דעם הייליגן טאג ,און
פונעם טאג ,און זענען א כלי
אויסנוצן די קדושה פון שבת פאר השראת השכינה.
צו מרבה זיין אין דברי תורה.
און דערפאר האבן חז״ל אויך געזאגט (שבת קיח ,א) :״כל המענג את השבת נותנין לו נחלה בלי
מצרים״ -ווער עס איז מענג דעם שבת ,גיבט מען איהם א נחלה אן קיין גרעניצן.
אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רצ סעיף ב) ווערט געברענגט די גרויסע מעלה פון מענג זיין דעם
שבת דורך לערנען תורה .און לויט דעם קען מען זאגן ,אז דער וואס איז מענג דעם שבת מיט
דברי תורה ,איז זוכה צו דער הבטחה פון ״נחלה בלי מצרים״ .ווייל דורך די דברי תורה וואס
ט פרשת וירא
ער רעדט און לערענט אין
דעם קדושה פון שבת ,ווערט
דאס אויך שייך ביי יעדן
נמשך אין זיי דער אור אין סוף אידישן שבת טיש .סיי ווען
ברוך הוא ,וואס האט נישט
קיין גרעניץ און קיין מאס ,און
מען זאגט א ווארט אויף דער
דערמיט איז ער זוכה צו דער פרשה ,און סיי ווען א קליין
מעלה פון ״נחלה בלי מצרים״ קינד ברענגט אהיים פון
מיט דעם קען מען אויך חדר א פשוט’ע שאלה צעטל
פארשטיין דעם מנהג פון
צדיקים ,אז זיי זענען מרבה
אויף די פרשה .ווייל ווען
צו זאגן דברי תורה אין מען רעדט דברי תורה אין
שבת קודש ,און זענען מער
משפיע פון זייער תורה פאר’ן
שבת קודש מיט’ן אמת און
ציבור דוקא אין דעם הייליגן מיט’ן רצון צו פארשטיין דעם
טאג .ווייל די תורה וואס דער דבר ד׳ ,ווערן די ווערטער א
צדיק זאגט אין שבת ,ווען
זיינע ווערטער און אותיות
חלק פון ״דבר אלקינו״ ,און
זענען געהייליגט מיט די ברענגען די שכינה אריין אין
קדושה פונעם טאג ,ווערט
א כלי פאר השראת השכינה,
דעם אידישן שטוב און אין די
און דורך זיינע ווערטער הערצער פון די וואס הערן זיי,
ווערט דער אור פונעם און בלייבן אויף שטענדיג.
אויבערשטן אריינגעברענגט
און איינגעווארצעלט אין די הערצער פון די אלע וואס הערן אויס יעדעס ווארט און יעדעס
אות.
און אויף דעם שטייט אין פסוק (ישעיה מ ,ח) :״ודבר אלקינו -יקום לעולם״ .ווייל דברי תורה,
וואס אין זיי געפונט זיך דער אויבערשטער ,זענען נישט קיין רייד וואס גייען פארביי און
פארשווינדן ,נאר זייער קדושה בלייבט אויף אייביג.
און געוויס איז דאס אויך שייך ביי יעדן אידישן שבת טיש .סיי ווען מען זאגט א ווארט אויף
דער פרשה ,און סיי ווען א קליין קינד ברענגט אהיים פון חדר א פשוט’ע שאלה צעטל אויף
די פרשה .ווייל ווען מען רעדט דברי תורה אין שבת קודש מיט’ן אמת און מיט’ן רצון צו
פארשטיין דעם דבר ד׳ ,ווערן די ווערטער א חלק פון ״דבר אלקינו״ – ווערטער וואס טראגן
מיט זיך דעם אויבערשטן ,און ברענגען די שכינה אריין אין דעם אידישן שטוב און אין די
הערצער פון די וואס הערן זיי ,און בלייבן אויף שטענדיג.
ויהי רצון מלפני אבינו שבשמים ,אז אונזערע רייד זאלן זיין לרצון פארן אדון כל ,און מיר זאלן
זוכה זיין צו רעדן דברי תורה וואס וועלן בלייבן אויף אייביג און ברענגען א נחת רוח פארן
אויבערשטן ,אויפציוועקן אונזערע הערצער צו דינען דעם אויבערשטן באמת ובתמים ,ביז
מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלמה בביאת בן דוד במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו.
עולת שבת -מונקאטש י
אי פרשת וירא
נקודות למעשה בעבודת ד'
היוצאות מן המאמר:
•לעסוק בתורה בקדושה ובטהרה ,ועל ידי כך
להמשיך את הבורא ברוך הוא ויתעלה לתוך
אותיות התורה.
•להרבות בלימוד תורה בשבת קודש ולענג את
השבת בדברי תורה ,ולזכות על ידי כך ל״נחלה
בלי מצרים״ ,שהיא אור אין סוף ברוך הוא.
•להטות אוזן לדברי תורה של הצדיקים ,בפרט
בשבת קודש ,ולהקשיב לכל מילה ואות מדברי
תורתם ,שבהן ממשיך הצדיק את הבורא ברוך
הוא ויתעלה ,ועל ידי כך להמשיך את אור התורה
בלבבות המקשיבים.
עולת שבת -מונקאטש בי
