איש חסד היה - אידיש · Ish Chesed Haya - Yiddish — חיי שרה (2026-11-02)

איש חסד היה
א זאמלונג פון געוואלדיגע מעשי חסד
פונעם בארימטן נגיד
מוהר"ר שמואל יהודה דסקל ז"ל
───────◇───────
פאר הערות ,תגובות און צוצולייגן עובדות און מעשיות:
אימעילy.b.daskal@gmail.com :
פרק י״א
הילף פאר חתונה מאכן
א דיאמאנט פאר יעדן קינד
הרב אריה האגער פון קרית ויז׳ניץ אין בני ברק האט דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט
פונעם בעל המעשה אליין:
איך האב באקומען א טייערע ירושה ,א גרויסן און טייערן דיאמאנט.
דער אויבערשטער האט מיך געבענטשט מיט א גרויסער משפחה ,און איך האב געדארפט אסאך
געלט .דערפאר האב איך געוואלט פארקויפן דעם גרויסן שטיין און באקומען אנשטאט אים
קלענערע דיאמאנטן ,איין דיאמאנט פאר יעדן קינד.
דעם גרויסן דיאמאנט האב איך גוט באהאלטן אין מיין קעשענע ,איינגעוויקלט אין פאפירן כדי ער
זאל זיך נישט צוקראצן.
איך בין געגאנגען צו ר׳ שמואל אהיים ,כדי צו מאכן מיט אים דעם געשעפט וואס איך האב אזוי
געוואלט.
״איך בין חלילה נישט געקומען בעטן קיין טובות״ ,האב איך אים געזאגט .״איך בעט אייך נאר ,איר
זאלט אפשאצן וויפיל דער שטיין איז ווערט ,און מיר זאגן וויפיל קליינע דיאמאנטן איך קען
באקומען דערפאר.
״אויב דער גרויסער דיאמאנט איז נישט גענוג ווערט צו באקומען אזויפיל קליינע דיאמאנטן ווי די
צאל פון מיינע קינדער ,וויל איך צולייגן דאס געלט וואס פעלט .און אויב ער איז מער ווערט ,פארלאז
איך זיך אויף אייך אז איר וועט מיר באצאלן דעם חילוק״.
ר׳ שמואל האט גענומען דעם שטיין.
נאך א שטיק צייט האט ער מיר געזאגט:
״דער דיאמאנט איז מער ווייניגער ווערט אזויפיל ווי קליינע דיאמאנטן ,לויט דער צאל פון דיינע
קינדער״.
ער האט ארויסגענומען פון זיין קעשענע קליינע דיאמאנטן ,פונקט לויט דער צאל פון מיינע קינדער,
און זיי מיר איבערגעגעבן.
יארן זענען פארביי .מיינע קינדער האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט שיינע אידישע שטיבער.
ערשט נאך ר׳ שמואלס פטירה איז דער סוד ארויסגעקומען.
ר׳ שמואלס פארטרויטער מענטש ,הרה״ח ר׳ בן ציון וויילער ,דער מנהל פונעם געשעפט ,האט מיר
אנטפלעקט דעם סוד:
פרק יא -הילף פאר חתונה מאכן
״דער גרויסער און טייערער דיאמאנט וואס דו האסט געגעבן ר׳ שמואל איז גארנישט ווערט געווען!
״דער שטיין איז געווען געשלאפן אויף אן אנדער אופן ווי מען פלעגט געווענליך שלייפן דיאמאנטן.
דערצו איז ער אויך נישט געווען ריין.
״און ביזן היינטיגן טאג ליגט ער נאך אין סייף ,אן קיין שום קונה!״
פינף טויזנט דאלאר פאר יעדן מחותן!
ר׳ שמואל פלעגט גאר ווייניג דערציילן וועגן זיינע צדקות.
איין מאל אבער האט ער זיך ארויסגעלאזט און דערציילט מער ווי געווענליך.
דאס איז געווען ווען ער איז צוריקגעקומען פון כ״ק מרן אדמו״ר בעל ה״ישועות משה״ מוויז׳ניץ,
און זיין פנים האט געשיינט פון שמחה.
ווען ער האט באמערקט ווי מיר קוקן אים אן פארוואונדערט ,האט ער אונז דערציילט:
״מיין גאנץ לעבן האב איך געחלומט ,אז איך זאל קענען געבן פאר יעדן וויז׳ניצער מחותן פינף טויזנט
דאלאר ,ווען ער מאכט חתונה א קינד״.
מיר האבן זיך געוואונדערט.
איז דאס נאר א שיינער חלום ,אדער רעדט ער פון עפעס וואס גייט טאקע געשען?
פינף טויזנט דאלאר פאר יעדן מחותן! דאס איז דאך א געוואלדיגער סכום!
מיר האבן געשוויגן און געווארט צו הערן ווייטער.
״ברוך ה׳״ ,האט ר׳ שמואל ווייטער דערציילט ,״מיין מצב איז היינט גוט .די געשעפטן גייען זייער
מצליח.
״איך קום יעצט פונעם רבי׳ן .איך האב אים דערציילט מיין פלאן ,און דער רבי האט מסכים געווען
דערצו.
״אבער איך האב געזאגט פארן רבי׳ן ,אז איך האב מורא די מחותנים וועלן זיך נישט שפירן באקוועם
צו נעמען צדקה.
״דערפאר האב איך געבעטן ,אז דער רבי זאל זיין דער צווישן־מענטש ,דורך וועמען דאס געלט וועט
אנקומען צו די מחותנים.
״און יעצט ,אז דער רבי האט מסכים געווען ,בין איך דער גליקליכסטער מענטש!״
אזוי האט ער געענדיגט זיינע ווערטער.
מיר האבן געמיינט ,אז דאס איז געווען אן איינמאליגע זאך.
מיר האבן זיך נישט דערוואגט אים אויסצופרעגן.
א האלבן יאר שפעטער האבן מיר געהערט ,אז ר׳ שמואל האט געזאגט פאר זיין פריינד ,הרה״ח ר׳
מאיר רונס:
ב
איש חסד היה
״מאיר ,ברוך ה׳ ,שוין עטליכע חדשים וואס דער רבי גיט מיר א רשימה פון מחותנים ,און איך געב
פינף טויזנט דאלאר פאר יעדן מחותן.
״דאס קומט אויס אויף צענדליגער טויזנטער דאלאר א חודש!
״אבער דאס איז מיר נאך נישט גענוג .דו וועסט נאך זען ,אז בעזרת ה׳ וועל איך געבן צען טויזנט
דאלאר פאר יעדן מחותן!״
ליידער האט די שיינע תקופה נישט לאנג אנגעהאלטן.
גלייך דערנאך איז זיין פינאנציעלער מצב געווארן שווער ,און ער האט מער נישט געקענט ווייטער
אנגיין מיט דעם.
אבער די פאר חדשים זענען גענוג געווען צו ווייזן ,וואס פאר א גרויס הארץ האט אין אים געקלאפט.
די דאגה פונעם מחותן האט אים נישט געלאזט רוען
הרה״ח ר׳ בן ציון וויילער ,דער מנהל פונעם געשעפט אין דער בורסה ,האט דערציילט:
נישט איינמאל האט ר׳ שמואל געזארגט דערפאר ,אז א מחותן זאל קענען רואיג שלאפן אין דער
נאכט פאר דער חתונה פון זיין זון אדער טאכטער.
איין טאג האט ער מיר אנגערופן פון שווייץ ,און געבעטן איך זאל דרינגענד צוגרייטן דריי טויזנט
דאלאר פאר הכנסת כלה ,און דאס געלט גלייך איבערגעבן פאר א געוויסן מחותן.
איך האב געוואוסט ,אז די חתונה וועט פארקומען ערשט מארגן .האב איך געטראכט ,אז עס איז
נישט אזוי דרינגענד איבערצוגעבן דעם ענוועלאפ נאך היינט.
ביינאכט האט ר׳ שמואל מיר נאכאמאל אנגערופן און געפרעגט:
״האסטו שוין איבערגעגעבן דעם ענוועלאפ?״
״נאך נישט״ ,האב איך געענטפערט.
״נעם א טעקסי און פאר גלייך אין דער בורסה!״ האט ער זיך געבעטן .״גרייט צו דעם ענוועלאפ און
גיב עס גלייך איבער פארן מחותן!״
און ער האט מיר מסביר געווען פארוואס עס איז אזוי וויכטיג:
״דער מחותן דארף קענען שלאפן היינט ביינאכט מיט א רואיג הארץ ,און אנזאמלען כוחות פאר
דער חתונה!״
אויך א דיאמאנטן־רינג
הרב יהושע קויפמאן ,דער מנכ״ל פון די מוסדות ״חוג חתם סופר״ ,האט דערציילט:
איין מאל האב איך צוזאמען מיט מיינע חברים געזאמלט צדקה פאר אן יתומה־כלה.
ווען מיר זענען אנגעקומען צו ר׳ שמואל ,האט ער אונז מיט א שיינעם פנים געגעבן א חשובן סכום
געלט.
ג
פרק יא -הילף פאר חתונה מאכן
אבער דערמיט האט ער זיך נישט באגענוגנט.
״האט די כלה שוין באקומען א דיאמאנטן־רינג?״ האט ער אונז געפרעגט.
״ווער טראכט יעצט פון אזעלכע זאכן?״ האבן מיר געענטפערט .״די כלה איז דאך אן ארעמע ,און
עס פעלן איר נאך פיל וויכטיגערע זאכן!״
אבער ר׳ שמואל האט נישט מסכים געווען.
״זי דארף זיך נישט שפירן ווייניגער ווי אירע חברטעס!״ האט ער געזאגט .״אויך איר קומט א
דיאמאנטן־רינג!״
און ער האט צוגעגעבן פאר איר א דיאמאנטן־רינג!
איך האב געקויפט דיאמאנטן פאר הכנסת כלה
הרה״ח ר׳ זאב האלאנדער פון קרית ויז׳ניץ ,וואס האט געארבעט אין דער פאבריק אין שיכון ה׳,
האט דערציילט:
איין מאל ,ווען ר׳ שמואל איז צוריקגעקומען פון חוץ לארץ מיט א פעקל דיאמאנטן ,האט ער מיר
געזאגט:
״פון דעם פעקל דיאמאנטן וועל איך זיכער האבן הפסדים.
״אבער איך האב געקויפט די שטיינער פון א איד וואס שטייט פאר דער חתונה פון זיין טאכטער,
כדי ער זאל האבן געלט פאר הכנסת כלה!״
און אגב ,אויף א וואונדערליכן אופן האט ר׳ שמואל אפילו פון די דיאמאנטן פארדינט!
אן קיין משכנתא
א גאר חשובער שכן פון רחוב רב סעדיה גאון האט דערציילט פאר אונזער שוואגער ,הרה״ג ר׳ חיים
יצחק צוקערמאן:
אין מיין שטוב האט געהערשט א גרויסע שמחה.
בשעה טובה ומוצלחת איז מיין עלטסטער זון א חתן געווארן.
ר׳ שמואל האט מיך געטראפן אין בית המדרש ,איז צוגעקומען צו מיר און געוואונטשן מזל טוב.
דערנאך האט ער מיך געפרעגט מיט גרויס עדינות:
״האט איר שוין דאס געלט וואס מען דארף צו קויפן א דירה פארן יונגן פארפאלק?״
״דאס איז דאך מיין ערשטע קינד״ ,האב איך געענטפערט .״איך וועל נעמען הלוואות ,און מיט א
משכנתא וועל איך זיך שוין אן עצה געבן״.
״עס לוינט זיך נישט״ ,האט ר׳ שמואל געזאגט .״עס איז נישט כדאי זיך אריינצולייגן אין חובות
שוין ביים חתונה מאכן דאס ערשטע קינד.
״קום אריין צו מיר ,און מיר וועלן זען וואס מען קען טון״.
ביינאכט בין איך געקומען צו אים אהיים.
ד
איש חסד היה
אן קיין סאך רייד האט ער ארויסגענומען פון זיין קעשענע צען טויזנט דאלאר ,א געוואלדיגער סכום
אין יענע צייטן ,און מיר געגעבן א הלוואה ,מיט וועלכער איך האב געקענט דעקן א גרויסן טייל פון
די הוצאות פאר דער דירה.
איך בין געבליבן שטיין פארוואונדערט.
״לאמיר שרייבן א שטר חוב״ ,האב איך אים געזאגט" .מיר וועלן פונקטליך פארשרייבן די
באדינגונגען פון צוריקצאלן די הלוואה ,און די דאטומען ווען מען דארף צוריקצאלן".
ר׳ שמואל האט געעפנט דעם שופלאד נעבן זיך און מיר געזאגט:
״זעסטו די אלע שטרי חוב?
״די אלע חובות זענען נאך נישט צוריקבאצאלט געווארן.
״צו וואס דארף איך דען שטרות?!״
דו וועסט זיך מתחייב זיין ,און איך וועל געבן
הרה״ח ר׳ יעקב רינגל פון נוה אחיעזר אין בני ברק האט דערציילט:
״פארוואס מאכסטו נישט חתונה דיינע טעכטער?״ האט ר׳ שמואל געפרעגט זיין שכן.
״וואס זאל איך טון?״ האט דער שכן געענטפערט מיט גרויס צער .״איך האב נישט די מעגליכקייט
זיך מתחייב צו זיין פאר א בן תורה ,אזוי ווי עס פאסט פאר מיינע טעכטער״.
״זיי זיך מתחייב אויף וויפיל דו האלטסט אז מען דארף״ ,האט ר׳ שמואל געענטפערט מיט זיין
געווענליכער פשטות ,״און איך וועל צולייגן וואס עס פעלט״.
דער שכן האט גוט געוואוסט ,אז א ווארט פון ר׳ שמואל איז מער ווערט ווי אן אונטערשריפט פון
אנדערע מענטשן.
און אזוי איז טאקע געווען.
ביי יעדן שידוך אין יענער משפחה איז ר׳ שמואל געשטאנען פון דער כלה־זייט און געהאלפן ,אלעס
מיט דער גרעסטער צניעות.
איבערגעבן א מזל טוב...
ר׳ שמואל האט געהאלטן פאר וויכטיג זיך צו באטייליגן ביי יעדער חתונה צו וועלכער מען האט אים
איינגעלאדן ,און צו העלפן אויף א מכובד׳יגן אופן ,אן קיין פרסום.
ער פלעגט געבן אן ענוועלאפ מיט א חשובן טשעק ,לויט די באדערפענישן פון די מחותנים.
פון צייט צו צייט האבן מיר אים געזען ארויסגיין פון שטוב אין די אוונט־שעות ,ווען ער האט זיך
אונטערגעמורמלט:
״איך דארף גיין איבערגעבן מזל טוב ביי חתונות״.
ה
פרק יא -הילף פאר חתונה מאכן
נאך א שטיק צייט פלעגט ער צוריקקומען ,מיט א פנים וואס האט געשיינט פון צופרידנהייט ,און
דערציילן:
״איך האב נאך באוויזן איבערצוגעבן מזל טוב ביי עטליכע חתונות...״
מיר האבן נישט געוואוסט פארוואס ער גייט צו די אלע חתונות ,פון וועלכע גרויסע דערגרייכונגען
ער רעדט ,און פארוואס זיין פנים שיינט אזוי.
דער ענוועלאפ וואס האט געראטעוועט
הרה״ח ר׳ בנימין גראס פון קרית ויז׳ניץ האט דערציילט:
איינער פון די רבנים אין בני ברק האט געשיקט אן איינלאדענונג צו ר׳ שמואל אויף דער חתונה פון
זיין טאכטער.
ער האט געוואוסט ,אז ער וועט זיכער באקומען פון ר׳ שמואל עטליכע טויזנט דאלאר ,און האט
דאס שוין אריינגערעכנט אין די הכנסות וואס ער האט ערווארטעט אריינצובאקומען אין די טעג פון
דער שמחה.
אבער צו זיין גרויסן צער איז די ערווארטעטע ״הכנסה״ נישט אנגעקומען...
ער האט געווארט מיט גרויס בענקשאפט ,אבער אומזיסט.
די צייט פון דער חופה האט זיך דערנענטערט.
די משפחה האט זיך שוין געגרייט ארויסצוגיין צו דער חתונה ,אבער אינעם מחותנס הארץ זענען די
זארגן אלץ גרעסער געווארן.
אפשר האט ר׳ שמואל בכלל נישט באקומען די איינלאדענונג?
אפשר קען ער יעצט נישט געבן?
און וואס וועט זיין מיט מיר? פון וואנעט וועל איך באצאלן די הוצאות פון דער חתונה?!
עטליכע מינוט איידער דער מחותן איז ארויסגעגאנגען פון שטוב מיט זיין זון ,דעם חתן ,איז
אנגעקומען א שליח פון ר׳ שמואל מיט א טעקסי.
ער האט איבערגעגעבן אן ענוועלאפ ,אין וועלכן עס זענען געווען עטליכע טויזנט דאלאר.
דאס געלט האט געראטעוועט דעם מחותן אין דעם גרויסן טאג פון זיין שמחה.
♦
זייער אסאך שיינע אידישע שטיבער ,לתפארת ישראל ,זענען אויפגעשטעלט געווארן מיט זיין הילף,
און די פירות פון די אלע שטיבער זענען פאררעכנט געווארן צו זיין זכות.
אויך אסאך קראנקע אידן זענען געהיילט געווארן אין זיין זכות...
ו
